תּורה נבֿיאים וּכתובֿים: תּרגום ייִדיש פֿון יהואש

זְכַרְיָה


/1:1 אין אַכטן חוֹדש, אין צװײטן יאָר פֿֿון דָריָוֶשן, איז דאָס װאָרט פֿֿון גאָט געװען צו זכַריָה, דעם זון פֿֿון ברֶכיָה, דעם זון פֿֿון עִדוֹן, דעם נבֿיא, אַזױ צו זאָגן: /1:2 גאָט האָט געצערנט אױף אײַערע עלטערן אַ צערענונג.

/1:3 דרום זאָלסטו זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת: קערט אײַך אום צו מיר, זאָגט גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת, און איך װעל זיך אומקערן צו אײַך, זאָגט גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת. /1:4 איר זאָלט ניט זײַן אַזױ װי אײַערע עלטערן, װאָס די פֿֿריערדיקע נבֿיאים האָבן צו זײ גערופֿֿן, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת: קערט אײַך אום פֿֿון אײַערע שלעכטע װעגן און אײַערע שלעכטע מעשׂים. און זײ האָבן ניט געהערט און ניט צוגעהאָרכט צו מיר, זאָגט גאָט. /1:5 אײַערע עלטערן, װוּ זײַנען זײ? און די נבֿיאים, לעבן זײ דען אײביק! /1:6 אָבער מײַנע װערטער און מײַנע משפּטים װאָס איך האָב אָנגעזאָגט מײַנע קנעכט די נבֿיאים, פֿאַר װאָר, זײ זײַנען אָנגעקומען אײַערע עלטערן, און זײ האָבן תּשובֿה געטאָן, און האָבן געזאָגט: אַזױ װי גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת האָט געטראַכט צו טאָן צו אונדז, לױט אונדזערע װעגן און לױט אונדזערע מעשׂים, אַזױ האָט ער מיט אונדז געטאָן.

/1:7 אין פֿֿיר און צװאַנציקסטן טאָג פֿֿון עלפֿטן חוֹדש, דאָס איז חוֹדש שבֿט, אין צװײטן יאָר פֿֿון דָריָוֶשן, איז דאָס װאָרט פֿֿון גאָט געװען צו זכַריָה, דעם זון פֿֿון ברֶכיָהו, דעם זון פֿֿון עִדוֹאן, דעם נבֿיא, אַזױ צו זאָגן:

/1:8 איך האָב געזען די נאַכט, ערשט אַ מאַן רײַט אױף אַ רױטן פֿֿערד, און ער שטײט צװישן די מירטן װאָס אין דער טיפֿֿעניש, און הינטער אים זײַנען געװען רױטע, געלרױטע, און װײַסע פֿֿערד. /1:9 האָב איך געזאָגט: װאָס זײַנען די דאָזיקע, מײַן האַר? האָט צו מיר געזאָגט דער מלאך װאָס האָט מיט מיר גערעדט: איך װעל דיר װײַזן װאָס די דאָזיקע זײַנען. /1:10 און דער מאַן װאָס איז געשטאַנען צװישן די מירטן, האָט זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט: דאָס זײַנען די װאָס גאָט האָט געשיקט אַרומצוגײן אױף דער ערד. /1:11 און זײ האָבן זיך אָפּגערופֿֿן צו דעם מלאך פֿֿון גאָט װאָס איז געשטאַנען צװישן די מירטן, און האָבן געזאָגט: מיר זײַנען אַרומגעגאַנגען אױף דער ערד, ערשט די גאַנצע ערד זיצט רואיק. /1:12 האָט זיך אָפּגערופֿֿן דער מלאך פֿֿון גאָט און האָט געזאָגט: גאָט פֿֿון צבֿאות, ביז װאַנען װעסטו זיך ניט דערבאַרימען אױף ירושָלַיִם, און אױף די שטעט פֿֿון יהודה, װאָס דו האָסט פֿאַרשאָלטן שױן זיבעציק יאָר? /1:13 און גאָט האָט געענטפֿֿערט דעם מלאך װאָס האָט מיט מיר גערעדט, גוטע װערטער, טרײסטװערטער. /1:14 און דער מלאך װאָס האָט מיט מיר גערעדט, האָט געזאָגט צו מיר: רוף אױס אַזױ צו זאָגן:

אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת: מיך פֿֿאַרדריסט װעגן ירושָלַיִם און װעגן צִיוֹן אַ גרױס פֿֿאַרדראָס. /1:15 און אַ גרױס צאָרן צערן איך אױף די רואיקע פֿֿעלקער, װאָרום איך האָב בלױז געצערנט אַ ביסל, און זײ האָבן אונטערגעהאָלפֿֿן צום בײזן. /1:16 דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט: איך קער זיך אום צו ירושָלַיִם מיט דערבאַרימונג; מײַן הױז װעט געבױט װערן אין איר, זאָגט גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת, און אַ בױשנור װעט געצױגן װערן אױף ירושָלַיִם. /1:17 װײַטער רוף אױס אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת: מײַנע שטעט װעלן װידער איבערפֿֿלײצן מיט גוטס, און גאָט װעט נאָך טרײסטן צִיוֹן, און װעט װידער אױסדערװײלן ירושָלַיִם.


/2:1 און איך האָב אױפֿֿגעהױבן מײַנע אױגן און האָב געזען, ערשט פֿיר הערנער. /2:2 האָב איך געזאָגט צו דעם מלאך װאָס האָט מיט מיר גערעדט: װאָס זײַנען די דאָזיקע? האָט ער צו מיר געזאָגט: דאָס זײַנען די הערנער װאָס האָבן צעשפּרײט יהודה, ישׂראל, און ירושָלַיִם.

/2:3 און גאָט האָט מיר געװיזן פֿיר מײַנסטערס. /2:4 האָב איך געזאָגט: װאָס קומען די דאָזיקע טאָן? האָט ער געזאָגט אַזױ צו זאָגן: יענע זײַנען די הערנער װאָס האָבן צעשפּרײט יהודה, אַזױ אַז קײַנער האָט ניט געקענט אױפֿֿהײבן אַ קאָפּ, און די דאָזיקע זײַנען געקומען אױף זײ אַ שרעק אָנצוּװאַרפֿן, אָפּצוהאַקן די הערנער פֿֿון די פֿעלקער װאָס האָבן אױפֿֿגעהױבן דעם האָרן קעגן לאַנד יהודה, כּדי עס צו צעשפּרײטן.

/2:5 און איך האָב אױפֿֿגעהױבן מײַנע אױגן און האָב געזען, ערשט אַ מאַן, און אין זײַן האַנט אַ מעסטשנור. /2:6 האָב איך געזאָגט: װוּהין גײסטו? האָט ער צו מיר געזאָגט: צו מעסטן ירושָלַיִם, כּדי צו זען װיפֿיל איז איר ברײט, און װיפֿיל איר לענג. /2:7 ערשט דער מלאך װאָס האָט מיט מיר גערעדט איז אַרױסגעגאַנגען, און אַן אַנדער מלאך איז אַרױסגעגאַנגען אים אַנטקעגן. /2:8 און ער האָט געזאָגט: לױף זאָג צו יענעם יונגמאַן אַזױ צו זאָגן:

אָפֿן װעט ירושָלַיִם זײַן באַזעצט, פֿֿון פֿיל מענטשן און בהמות אין איר. /2:9 און איך װעל איר זײַן, זאָגט גאָט, אַ מױער פֿֿון פֿײַער רונד אַרום, און פֿאַר אַ כּבֿוד װעל איך זײַן אין איר מיט.

/2:10 העי, העי! און אַנטלױפֿט פֿֿון דעם לאַנד פֿֿון צפֿֿון, זאָגט גאָט, װאָרום אַזױ װי די פֿיר װינטן פֿֿון הימל האָב איך אײַך צעשפּרײט, זאָגט גאָט. /2:11 העי צִיוֹן, אַנטרין, דו װאָס װוינסט בײַ טאָכטער בבֿל. /2:12 װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת, װאָס האָט מיך געשיקט פֿֿון אײַער כּבֿוד װעגן צו די פֿעלקער װאָס באַרױבן אײַך: פֿאַר װאָר, דער װאָס רירט אײַך אָן רירט אָן דעם שװאַרצאַפּל פֿֿון זײַן אױג. /2:13 װאָרום זע, איך פֿאָך מײַן האַנט אױף זײ, און זײ װעלן װערן אַ רױב צו די װאָס האָבן זײ געדינט, און איר װעט װיסן אַז גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת האָט מיך געשיקט. /2:14 זינג און פֿרײ זיך, טאָכטער צִיוֹן, װאָרום זע, איך קום, און װעל רוען צװישן דיר, זאָגט גאָט. /2:15 און פֿיל פֿעלקער װעלן זיך באַהעפֿטן אָן גאָט אין יענעם טאָג, און זײ װעלן מיר זײַן צום פֿאָלק, און איך װעל רוען אין דײַן מיט; און װעסט װיסן אַז גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת האָט מיך געשיקט צו דיר. /2:16 און גאָט װעט אַרבן יהודה פֿאַר זײַן חלק, אױף דער הײליקער ערד, און װעט װידער אױסדערװײלן ירושָלַיִם.

/2:17 שטיל יעטװעדער לײַב פֿאַר גאָט װאָרום ער װעקט זיך פֿֿון זײַן הײליקער װוינונג.


/3:1 און ער האָט מיר געװיזן יהוֹשועַ דעם כֹּהן-גָדול װי ער שטײט פֿאַר דעם מלאך פֿֿון גאָט, און דער שׂטן שטײט אױף זײַן רעכטער זײַט, אים צו פֿאַרקלאָגן. /3:2 האָט גאָט געזאָגט צום שׂטן: גאָט שרײַט אָן אױף דיר, שׂטן, יאָ, גאָט װאָס האָט אױסדערװײלט ירושָלַיִם, שרײַט אָן אױף דיר; איז ניט דער דאָזיקער אַ שײַט אַרױסגעריסן פֿֿון פֿײַער? /3:3 און יהוֹשועַ איז געװען אָנגעטאָן אין קױטיקע בגדים, און איז געשטאַנען פֿאַרן מלאך. /3:4 האָט ער זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט צו די װאָס זײַנען געשטאַנען פֿאַר אים, אַזױ צו זאָגן: טוט אױס פֿֿון אים די קױטיקע בגדים. און צו אים האָט ער געזאָגט: זע, איך האָב אָפּגעטאָן פֿֿון דיר דײַנע זינד, און װעל דיר אָנטאָן מלבושים. /3:5 האָב איך געזאָגט: זאָל מען אים אָנטאָן אַ רײנע הױב אױפֿֿן קאָפּ. און זײ האָבן אים אָנגעטאָן די רײנע הױב אױפֿֿן קאָפּ, און האָבן אים אָנגעקלײַדט בגדים; און דער מלאך פֿֿון גאָט איז געשטאַנען דערבײַ. /3:6 און דער מלאך פֿֿון גאָט האָט געװאָרנט יהוֹשוען, אַזױ צו זאָגן:

/3:7 אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת: אױב אין מײַנע װעגן װעסטו גײן, און אױב מײַן היטונג װעסטו היטן, און דו װעסט אױך משפּטן מײַן הױז, און װעסט אױך היטן מײַנע הױפֿן, װעל איך דיר געבן אַן אומגאַנג צװישן די דאָזיקע װאָס שטײען דאָ. /3:8 הער נאָר צו, יהוֹשועַ כֹּהן-גָדול, דו און דײַנע חבֿרים װאָס זיצן פֿאַר דיר – װאָרום פֿאַר אַ צײכן מענטשן זײַנען זײ – װאָרום זע, איך ברענג מײַן קנעכט דעם ”שפּראָץ“. /3:9 װאָרום אָט איז דער שטײן װאָס איך האָב געלײגט פֿאַר יהוֹשוען אױף דעם אײן שטײן זײַנען זיבן אױגן. זע, איך קריץ אױס זײַן אױסקריצונג, זאָגט גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת; און איך װעל אָפּטאָן די זינד פֿֿון דעם דאָזיקן לאַנד אין אײן טאָג. /3:10 אין יענעם טאָג, זאָגט גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת, װעט איר רופֿן אײנער דעם אַנדערן אונטער אַ װײַנשטאָק און אונטער אַ פֿײַגנבױם.


/4:1 און דער מלאך װאָס האָט גערעדט מיט מיר, האָט זיך אומגעקערט, און ער האָט מיך אױפֿֿגעװעקט, אַזױ װי אַ מענטש װערט אױפֿֿגעװעקט פֿֿון זײַן שלאָף. /4:2 און ער האָט צו מיר געזאָגט: װאָס זעסטו? האָב איך געזאָגט: איך האָב געזען, ערשט אַ מנוֹרה, אין גאַנצן פֿֿון גאָלד, און אױבן בײַ איר אַ בעקן, און אירע זיבן לעמפּלעך אױף איר, מיט זיבן, יאָ זיבן רערן צו די לעמפּלעך װאָס בײַ איר אױבן. /4:3 און צװײ אײלבערטבײמער לעבן איר, אײנער פֿֿון דער רעכטער זײַט פֿֿון דעם בעקן, און אײנער פֿֿון זײַן לינקער זײַט. /4:4 און איך האָב זיך אָפּגערופֿן און האָב געזאָגט צו דעם מלאך װאָס האָט מיט מיר גערעדט, אַזױ צו זאָגן: װאָס זײַנען די דאָזיקע, מײַן האַר? /4:5 האָט געענטפֿערט דער מלאך װאָס האָט מיט מיר גערעדט, און האָט געזאָגט צו מיר: װײסטו ניט װאָס די דאָזיקע זײַנען? האָב איך געזאָגט: נײן, מײַן האַר. /4:6 האָט ער זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט צו מיר, אַזױ צו זאָגן: דאָס איז דאָס װאָרט פֿֿון גאָט צו זרובבֿלן, אַזױ צו זאָגן:

ניט מיט חיל און ניט מיט כּוֹח, נאָר מיט מײַן גײַסט, זאָגט גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת. /4:7 װער ביסטו, גרױסער באַרג? פֿאַר זרובבֿלן װעסטו װערן אַ גלײַכער פּלאַץ; און ער װעט אַרױסברענגען דעם קאָפּשטײן מיט געשרײען: חן, חן צו אים!

/4:8 און דאָס װאָרט פֿֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:

/4:9 די הענט פֿֿון זרובבֿלן האָבן געגרונטפֿעסט דאָס דאָזיקע הױז, און זײַנע הענט װעלן עס ענדיקן, און װעסט װיסן אַז גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת האָט מיך געשיקט צו אײַך. /4:10 װאָרום װער נאָר עס האָט פֿאַראַכט דעם טאָג פֿֿון קלײנע אָנהײבן, זײ װעלן זיך פֿרײען אַז זײ װעלן זען דאָס בלײַגעװיכט אין זרובבֿלס האַנט. די דאָזיקע זיבן דאָס זײַנען די אױגן פֿֿון גאָט װאָס װאַנדערן איבער דער גאַנצער ערד.

/4:11 האָב איך זיך אָפּגערופֿן און האָב צו אים געזאָגט: װאָס זײַנען די דאָזיקע צװײ אײלבערטבײמער אױף דער רעכטער זײַט פֿֿון דער מנוֹרה און אױף איר לינקער זײַט? /4:12 און איך האָב זיך אָפּגערופֿן אַ צװײט מאָל און האָב געזאָגט צו אים: װאָס זײַנען די צװײ אײלבערטצװײַגן װאָס לעבן די צװײ גילדערנע גיסרערן װאָס לײדיקן אַרױס פֿֿון זיך דאָס גילדערנע בױמל? /4:13 האָט ער געזאָגט צו מיר, אַזױ צו זאָגן: װײסטו ניט װאָס די דאָזיקע זײַנען? האָב איך געזאָגט: נײן, מײַן האַר. /4:14 האָט ער געזאָגט: דאָס זײַנען די צװײ געזאַלבטע װאָס שטײען לעבן דעם האַר פֿֿון דער גאַנצער ערד.


/5:1 און איך האָב װידער אױפֿֿגעהױבן מײַנע אױגן און האָב געזען, ערשט אַ פֿליעדיקע מגילה. /5:2 האָט ער צו מיר געזאָגט: װאָס זעסטו? האָב איך געזאָגט: איך זע אַ פֿליעדיקע מגילה; איר לענג צװאַנציק אײַלן, און איר ברײט צען אײַלן. /5:3 האָט ער צו מיר געזאָגט:

דאָס איז די קללה װאָס גײט אַרױס איבער דעם געזיכט פֿֿון דער גאַנצער ערד; װאָרום איטלעכער װאָס גנבֿעט, װערט פֿֿון דאַנען אַװעקגעראַמט לױט איר, און איטלעכער װאָס שװערט פֿאַלש, װערט פֿֿון דאַנען אַװעקגעראַמט לױט איר. /5:4 איך האָב זי אַרױסגעלאָזט, זאָגט גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת, און זי װעט קומען אין הױז פֿֿון דעם גנבֿ, און אין הױז פֿֿון דעם װאָס שװערט בײַ מײַן נאָמען צום פֿאַלשן, און זי װעט בלײַבן אין זײַן הױז, און זי װעט עס פֿאַרלענדן מיט זײַנע האָלצן און מיט זײַנע שטײנער.

/5:5 און דער מלאך װאָס האָט גערעדט מיט מיר, איז אַרױסגעגאַנגען, און האָט צו מיר געזאָגט: הײב אַקאָרשט אױף דײַנע אױגן, און זע װאָס איז דאָס דאָזיקע װאָס גײט אַרױס? /5:6 האָב איך געזאָגט: װאָס איז דאָס? האָט ער געזאָגט: דאָס איז די אֵיפָֿה װאָס גײט אַרױס. און ער האָט געזאָגט: דאָס איז זײער אָנבליק אין גאַנצן לאַנד – /5:7 ערשט אַ רונד שטיק בלײַ האָט זיך אױפֿֿגעהױבן – און דאָס איז אַ פֿרױ װאָס זיצט אין דער אֵיפָֿה. /5:8 און ער האָט געזאָגט: דאָס איז די שלעכטיקײט. און ער האָט זי אַרײַנגעװאָרפֿן אין דער אֵיפָֿה, און האָט אַרױפֿגעװאָרפֿן דאָס שטיק בלײַ אױף איר עפֿענונג.

/5:9 און איך האָב אױפֿֿגעהױבן מײַנע אױגן און האָב געזען, ערשט צװײ װײַבער גײען אַרױס, און אַ װינט איז אין זײערע פֿליגלען, און די פֿליגלען בײַ זײ זײַנען װי די פֿליגלען פֿֿון אַ שטאָרך; און זײ האָבן געטראָגן די אֵיפָֿה צװישן ערד און הימל. /5:10 האָב איך געזאָגט צו דעם מלאך װאָס האָט גערעדט מיט מיר: װוּהין טראָגן זײ די אֵיפָֿה? /5:11 האָט ער געזאָגט צו מיר: איר צו בױען אַ הױז אין לאַנד שִנעָר; און אַז עס װעט צוגעברײט װערן, װעט זי דאָרטן אַנידערגעשטעלט װערן אױף איר אָרט.


/6:1 און איך האָב װידער אױפֿֿגעהױבן מײַנע אױגן און האָב געזען, ערשט פֿיר רײַטװעגן גײען אַרױס פֿֿון צװישן צװײ בערג, און די בערג זײַנען קופּערנע בערג. /6:2 אין ערשטן רײַטװאָגן רױטע פֿערד, און אין צװײטן רײַטװאָגן שװאַרצע פֿערד, /6:3 און אין דריטן רײַטװאָגן װײַסע פֿערד, און אין פֿירטן רײַטװאָגן געשפּרענקלטע ברױנע פֿערד. /6:4 האָב איך זיך אָפּגערופֿן און האָב געזאָגט צו דעם מלאך װאָס האָט מיט מיר גערעדט: װאָס זײַנען די דאָזיקע, מײַן האַר? /6:5 האָט דער מלאך געענטפֿערט און האָט געזאָגט צו מיר: די דאָזיקע גײען אַרױס צו די פֿיר װינטן פֿֿון הימל, נאָך דעם װי זײ האָבן זיך געשטעלט פֿאַר דעם האַר פֿֿון דער גאַנצער ערד. /6:6 דער װאָס אין אים זײַנען די שװאַרצע פֿערד גײט אַרױס צום לאַנד פֿֿון צפֿֿון, און די װײַסע זײַנען אַרױסגעגאַנגען נאָך זײ, און די געשפּרענקלטע זײַנען אַרױסגעגאַנגען צום לאַנד פֿֿון דָרום. /6:7 אױך די ברױנע זײַנען אַרױסגעגאַנגען, און זײ האָבן געװאָלט גײן אומװאַנדערן איבער דער ערד; האָט ער געזאָגט: גײט װאַנדערט אום איבער דער ערד. און זײ האָבן אומגעװאַנדערט איבער דער ערד. /6:8 און ער האָט צוגעשריען צו מיר, און האָט גערעדט צו מיר, אַזױ צו זאָגן: זע, די װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען צום לאַנד פֿֿון צפֿֿון, האָבן באַרוט מײַן געמיט אין לאַנד פֿֿון צפֿֿון.

/6:9 און דאָס װאָרט פֿֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: /6:10 נעם פֿֿון די גלות-לײַט, פֿֿון כֶלדַין, פֿֿון טובֿיָהן, און פֿֿון ידַעְיָהן, װאָס זײַנען געקומען פֿֿון בבֿל, און זאָלסט גײן אין דעם אײגענעם טאָג, און קומען אין הױז פֿֿון יֹאשִיָה דעם זון פֿֿון צפַֿניָהן – /6:11 זאָלסט נעמען זילבער און גאָלד, און מאַכן קרױנען, און אָנטאָן אױפֿֿן קאָפּ פֿֿון יהוֹשועַ דעם זון פֿֿון יהוֹצָדָקן, דעם כֹּהן-גָדול. /6:12 און זאָלסט זאָגן צו אים, אַזױ צו זאָגן:

אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת, אַזױ צו זאָגן: אָט איז אַ מאַן װאָס זײַן נאָמען איז ”שפּראָץ“, און װאָס װעט אַרױסשפּראָצן פֿֿון זײַן אָרט, און װעט בױען דעם טעמפּל פֿֿון גאָט. /6:13 יאָ, ער װעט בױען דעם טעמפּל פֿֿון גאָט, און ער װעט טראָגן דעם גלאַנץ, און װעט זיצן און געװעלטיקן אױף זײַן טראָן, און אַ כֹּהן װעט זײַן בײַ זײַן טראָן; און אַ פֿרידלעכע באַראָטונג װעט זײַן צװישן זײ בײדן. /6:14 און די קרױנען זאָלן זײַן חֵלֶמען, און טובֿיָהן, און ידַעְיָהן, און חֵן דעם זון פֿֿון צפַֿניָהן, פֿאַר אַ געדעכעניש אין דעם טעמפּל פֿֿון גאָט. /6:15 און װײַטע װעלן קומען, און װעלן בױען אין דעם טעמפּל פֿֿון גאָט; און איר װעט װיסן אַז גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת האָט מיך געשיקט צו אײַך. און עס װעט זײַן, אױב הערן װעט איר צוהערן צו דעם קָול פֿֿון יהוה אײַער גאָט.


/7:1 און עס איז געװען אין פֿירטן יאָר פֿֿון מלך דָריָוֶש, איז דאָס װאָרט פֿֿון גאָט געװען צו זכַריָהן אין פֿירטן טאָג פֿֿון נײַנטן חוֹדש, אין כִּסלֵו, /7:2 װען בית-אֵל, שַׂראֶצֶר, און רֶגֶם-מֶלֶך און זײַנע מענטשן, האָבן געשיקט צו בעטן פֿאַר גאָט, /7:3 און צו זאָגן צו די כֹּהנים װאָס אין הױז פֿֿון גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת, און צו די נבֿיאים, אַזױ צו זאָגן: זאָל איך װײנען אין דעם פֿינפֿטן חוֹדש אָפּגעזונדערטערהײט, אַזױ װי איך האָב געטאָן שױן פֿֿון כַּמֶה יאָרן? /7:4 איז דאָס װאָרט פֿֿון גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: /7:5 זאָג צו דעם גאַנצן פֿאָלק פֿֿון לאַנד, און צו די כֹּהנים, אַזױ צו זאָגן: אַז איר האָט געפֿאַסט און געקלאָגט אין פֿינפֿטן און אין זיבעטן חוֹדש שױן זיבעציק יאָר, האָט איר פֿאַסטן דען מיר געפֿאַסט? /7:6 און אַז איר עסט, און אַז איר טרינקט, זײַט איר ניט די װאָס עסט, און איר די װאָס טרינקט? /7:7 דאָס זײַנען דאָך די װערטער װאָס גאָט האָט גערופֿן דורך די פֿריערדיקע נבֿיאים, װען ירושָלַיִם איז געװען באַזעצט און בשַלװה, מיט אירע שטעט רונד אַרום איר, און דער דָרום און די נידערונג זײַנען געװען באַזעצט.

/7:8 און דאָס װאָרט פֿֿון גאָט איז געװען צו זכַריָהן, אַזױ צו זאָגן:

/7:9 אַזױ האָט געהאַט געזאָגט גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת, אַזױ צו זאָגן: משפּט אַן אמתן משפּט, און טוט חסד און דערבאַרימונג אײנער מיטן אַנדערן, /7:10 און אַן אַלמנה און אַ יתום, אַ פֿרעמדן און אַן אָרימאַן, זאָלט איר ניט דריקן, און אײנער דעם אַנדערנס רעה זאָלט איר ניט טראַכטן אין אײַער האַרצן. /7:11 אָבער זײ האָבן ניט געװאָלט האָרכן, און זײ האָבן געקערט אַ װידערשפּעניקן רוקן, און זײערע אױערן האָבן זײ פֿאַרשטאָפּט ניט צו הערן. /7:12 און זײער האַרץ האָבן זײ געמאַכט אַזױ װי דימענטשטײן, ניט צו הערן די תּוֹרה און די װערטער װאָס גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת האָט געשיקט מיט זײַן גײַסט דורך די פֿריערדיקע נבֿיאים; דרום איז געװאָרן אַ גרױסער צאָרן פֿֿון גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת. /7:13 און עס איז געװען: אַזױ װי ער האָט גערופֿן, און זײ האָבן ניט צוגעהערט, אַזױ װעלן זײ רופֿן, און איך װעל ניט צוהערן, האָט געזאָגט גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת. /7:14 און איך װעל זײ צעשטורעמען איבער אַלע פֿעלקער װאָס זײ האָבן זײ ניט געקענט. אַזױ איז דאָס לאַנד װיסט געװאָרן נאָך זײ, אָן אַ גײער און אָן אַ קומער; און זײ האָבן געמאַכט דאָס גלוסטיקע לאַנד אַ װיסטעניש.

/8:1 און דאָס װאָרט פֿֿון גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת איז געװען אַזױ צו זאָגן: /8:2 אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת: מיך פֿאַרדריסט װעגן צִיוֹן אַ גרױס פֿאַרדראָס, און מיט גרױס גרימצאָרן פֿאַרדריסט מיך װעגן איר. /8:3 אַזױ האָט גאָט געזאָגט: איך קער זיך אום קײן צִיוֹן, און איך װעל רוען אין ירושָלַיִם, און ירושָלַיִם װעט גערופֿן װערן די שטאָט פֿֿון אמת, און דער באַרג פֿֿון גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת, דער הײליקער באַרג. /8:4 אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת: עס װעלן נאָך זיצן זקנים און זקנות אין די גאַסן פֿֿון ירושָלַיִם, איטלעכער מיט זײַן שטעקן אין זײַן האַנט, פֿֿון גרױס עלטער. /8:5 און די גאַסן פֿֿון דער שטאָט װעלן זײַן פֿול מיט ייִנגלעך און מײדלעך װאָס שפּילן זיך אין אירע גאַסן. /8:6 אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת: אױב דאָס װעט זײַן װוּנדערלעך אין די אױגן פֿֿון דעם איבערבלײַב פֿֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק אין יענע טעג, זאָל עס אױך אין מײַנע אױגן זײַן װוּנדערלעך? זאָגט גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת. /8:7 אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת: זע, איך העלף מײַן פֿאָלק, פֿֿון דעם לאַנד פֿֿון זונאױפֿֿגאַנג, און פֿֿון דעם לאַנד פֿֿון זונאונטערגאַנג. /8:8 און איך װעל זײ ברענגען, און זײ װעלן װוינען אין ירושָלַיִם, און זײ װעלן מיר זײַן צום פֿאָלק, און איך װעל זײ זײַן צום גאָט, מיט אמת און מיט גערעכטיקײט.

/8:9 אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת: זאָלן געשטאַרקט זײַן אײַערע הענט, איר װאָס הערט אײַן אין די דאָזיקע טעג די דאָזיקע װערטער פֿֿון דעם מױל פֿֿון די נבֿיאים װאָס זײַנען געװען אין דעם טאָג װאָס דאָס הױז פֿֿון גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת, דער טעמפּל, איז געגרונטפֿעסט געװאָרן געבױט צו װערן. /8:10 װאָרום פֿאַר יענע טעג איז קײן לױן פֿאַרן מענטשן ניט געװען, און קײן לױן פֿאַר דער בהמה איז ניט געװען, און פֿאַר דעם אַרױסגײער און פֿאַר דעם אַרײַנגײער איז ניט געװען קײן זיכערקײט פֿֿון דעם פֿײַנט, און איך פֿלעג אָנשיקן אַלע מענטשן אײנעם אױפֿֿן אַנדערן. /8:11 אָבער אַצונד װעל איך ניט זײַן צו דעם איבערבלײַב פֿֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק אַזױ װי אין די פֿריערדיקע טעג, זאָגט גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת.

/8:12 װאָרום דער זאָמען פֿֿון שלום װעט זײַן, אַז דער װײַנשטאָק װעט געבן זײַן פֿרוכט, און די ערד װעט געבן איר געװעקס, און די הימלען װעלן געבן זײער טױ; און איך װעל דעם איבערבלײַב פֿֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק, מאַכן אַרבן אַלדאָס דאָזיקע. /8:13 און עס װעט זײַן, אַזױ װי איר זײַט געװען אַ קללה צװישן די פֿעלקער, איר הױז פֿֿון יהודה און הױז פֿֿון ישׂראל, אַזױ װעל איך אײַך העלפֿן, און איר װעט װערן אַ ברכה; איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן; זאָלן געשטאַרקט זײַן אײַערע הענט. /8:14 װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת: אַזױ װי איך האָב באַדאַכט אײַך שלעכטס צו טאָן, װען אײַערע עלטערן האָבן מיך דערצערנט, זאָגט גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת, און איך האָב ניט חרטה געהאַט, /8:15 אַזױ האָב איך װידער באַדאַכט אין די דאָזיקע טעג צו באַגיטיקן ירושָלַיִם און דאָס הױז פֿֿון יהודה; איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן. /8:16 דאָס זײַנען די זאַכן װאָס איר זאָלט טאָן: רעדט אמת אײנער מיטן אַנדערן, אמת און אַ פֿרידלעכן משפּט טוט משפּטן אין אײַערע טױערן. /8:17 און אײנער דעם אַנדערנס רעה זאָלט איר ניט טראַכטן אין אײַער האַרצן, און קײן פֿאַלשע שבֿועה זאָלט איר ניט ליב האָבן, װאָרום דאָס אַלץ איז װאָס איך האָב פֿײַנט, זאָגט גאָט.

/8:18 און דאָס װאָרט פֿֿון גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: /8:19 אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת: דער תָּענית פֿֿון פֿירטן חוֹדש, און דער תָּענית פֿֿון פֿינפֿטן, און דער תָּענית פֿֿון זיבעטן, און דער תָּענית פֿֿון צענטן, װעט זײַן דעם הױז פֿֿון יהודה פֿאַר אַ פֿרײד און פֿאַר אַ שׂמחה, און פֿאַר יָום-טובֿים; נאָר האָט ליב אמת און שלום.

/8:20 אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת: עס װעט נאָך געשען, אַז קומען װעלן פֿעלקער און באַװוינער פֿֿון פֿיל שטעט; /8:21 און די באַװוינער פֿֿון אײן שטאָט װעלן גײן צו דער אַנדערער, אַזױ צו זאָגן: גײן לאָמיר גײן צו בעטן פֿאַר גאָט, און צו זוכן דעם גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת; איך װיל אױך גײן. /8:22 און קומען װעלן פֿיל אומות און מאַכטיקע פֿעלקער צו זוכן גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת אין ירושָלַיִם, און צו בעטן פֿאַר גאָט.

/8:23 אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת: אין יענע טעג װעט געשען, אַז אָננעמען װעלן צען מענטשן פֿֿון אַלערלײ לשוֹנות פֿֿון די פֿעלקער – אָננעמען דעם ברעג קלײד פֿֿון אַ ייִדן, אַזױ צו זאָגן: לאָמיר גײן מיט אײַך, װאָרום מיר האָבן געהערט אַז גאָט איז מיט אײַך.


/9:1 די נבֿואה פֿֿון גאָטס װאָרט: אין לאַנד חדרָך און דַמֶשֶׂק װעט זײַן זײַן לאַגערונג – װאָרום צו גאָט איז דאָס אױג פֿֿון מענטשן, װי פֿֿון אַלע שבֿטים פֿֿון ישׂראל – /9:2 און אױך אין חמָת װאָס גרענעצט זיך דערמיט, און אין צוֹר און צידוֹן װי זײער קלוג זי איז. /9:3 און צוֹר האָט זיך אַ פֿעסטונג געבױט, און אָנגעקליבן זילבער װי שטױב, און גינגאָלד װי קױט פֿֿון די גאַסן. /9:4 זע, גאָט װעט זי פֿאַראָרימען, און ער װעט שלײַדערן אין אים איר מאַכט, און זי װעט אין פֿײַער פֿאַרצערט װערן. /9:5 אַשקלוֹן װעט זען און װעט מוֹרא האָבן, און עַזָה – און זי װעט ציטערן זײער, און עֶקרוֹן – װײַל צו שאַנד געװאָרן איז איר אױסקוק; און אונטערגײן װעט אַ מלך פֿֿון עַזָה, און אַשקלוֹן װעט זײַן ניט באַװוינט. /9:6 און אַ ממזר-פֿאָלק װעט זיצן אין אַשדוֹד, און איך װעל פֿאַרשנײַדן דעם שטאָלץ פֿֿון די פּלִשתּים. /9:7 און איך װעל אָפּטאָן זײַן בלוט פֿֿון זײַן מױל, און זײַנע אומװערדיקײטן פֿֿון צװישן זײַנע צײן, און ער אױך װעט בלײַבן בײַ אונדזער גאָט; און ער װעט זײַן װי אַ פֿירשט אין יהודה, און עֶקרוֹן װעט זײַן װי דער יבֿוסי. /9:8 און איך װעל לאַגערן אַרום מײַן הױז אַקעגן חיל, אַקעגן גײער און אַקעגן קומער, און מער װעט ניט דורכגײן דורך זײ קײן דריקער; װאָרום אַצונד האָב איך געזען מיט מײַנע אױגן.

/9:9 פֿרײ זיך זײער, טאָכטער צִיוֹן, שאַל, טאָכטער ירושָלַיִם, זע, דײַן מלך װעט קומען צו דיר, אַ גערעכטער און אַ זיגער איז ער; אַן עָנָו, און רײַט אױף אַן אײזל, אױף אַ יונגן זון פֿֿון אַן אײַזעלין. /9:10 און איך װעל פֿאַרשנײַדן אַ רײַטװאָגן פֿֿון אפֿרים, און אַ פֿערד פֿֿון ירושָלַיִם, און פֿאַרשניטן װעט װערן דער בױגן פֿֿון מלחמה; און ער װעט רעדן שלום צו די פֿעלקער, און זײַן געװעלטיקונג װעט זײַן פֿֿון ים ביז ים, און פֿֿון טײַך ביז די עקן פֿֿון דער ערד. /9:11 יאָ דו – פֿאַר דעם בלוט פֿֿון דײַן בונד, לאָז איך אַרױס דײַנע געפֿאַנגענע פֿֿון דער גרוב אָן װאַסער דרינען. /9:12 קערט אײַך אום צו באַפֿעסטיקײט, איר געפֿאַנגענע פֿֿון האָפֿענונג; נאָך הײַנט זאָג איך אָן: טאָפּל װעל איך דיר אומקערן. /9:13 װאָרום איך שפּאַן מיר אָן יהודה, װי אַ בױגן צי איך אָן אפֿרים, און איך װעל דערװעקן דײַנע קינדער, צִיוֹן, אױף דײַנע קינדער, יָוָן, און איך װעל דיך מאַכן װי די שװערד פֿֿון אַ גיבור. /9:14 און גאָט װעט זיך באַװײַזן איבער זײ, און אַרױסגײן װי אַ בליץ װעט זײַן פֿײַל; און גאָט דער האַר װעט בלאָזן אין שוֹפֿר, און װעט קומען מיט שטורעמס פֿֿון דָרום. /9:15 גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת װעט זײ באַשירעמען, און זײ װעלן פֿאַרצערן, און צעטרעטן די שלײַדער-שטײנער, און זײ װעלן טרינקען און טומלען װי פֿֿון װײַן, און זײ װעלן פֿול זײַן װי די בעקנס, װי די װינקלען פֿֿון מזבח. /9:16 און יהוה זײער גאָט װעט זײ העלפֿן אין יענעם טאָג, װי שאָף – זײַן פֿאָלק; װאָרום װי קרױנשטײנער גלאַנציקע װעלן זײ זײַן אױף זײַן ערד. /9:17 פֿאַר װאָר, װאָס פֿאַר אַ װוילקײט װעט זײַן זײערס! און װאָס פֿאַר אַ שײנקײט װעט זײַן זײערס! װי קאָרן די בחורים, װי װײַן װאָס טוט ייִרן די יונגפֿרױען.

/10:1 בעט בײַ גאָט רעגן אין דער צײַט פֿֿון שפּעטרעגן, בײַ גאָט װאָס מאַכט בליצן; און ער װעט זײ געבן אַ גוסרעגן, איטלעכן – גראָז אױפֿֿן פֿעלד. /10:2 װאָרום די תּרָפֿים האָבן גערעדט נישטיקײט, און די װאָרזאָגער האָבן געזען ליגן, און די חלוֹמות רעדן פֿאַלש, נישטיק טוען זײ טרײסטן. דרום האָבן זײ אומגעװאַנדערט אַזױ װי שאָף, זײ פּלאָגן זיך, װײַל קײן פּאַסטוך איז ניטאָ.

/10:3 אױף די פּאַסטוכער גרימט מײַן צאָרן, און מיט די בעק װעל איך זיך אָפּרעכענען; װאָרום גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת האָט געדאַכט אָן זײַן סטאַדע, דעם הױז פֿֿון יהודה, און מאַכט זײ װי זײַן פּראַכטפֿערד אין מלחמה. /10:4 פֿֿון אים דער װינקלשטײן, פֿֿון אים דאָס פֿלעקל, פֿֿון אים דער בױגן פֿֿון מלחמה, פֿֿון אים װעט אַרױסגײן יעטװעדער געװעלטיקער באַגלײַך. /10:5 און זײ װעלן זײַן װי גיבוֹרים װאָס טרעטן דעם קױט פֿֿון די גאַסן אין מלחמה,

און זײ װעלן בײַקומען, װאָרום גאָט װעט זײַן מיט זײ, און די רײַטער אױף פֿערד װעלן פֿאַרשעמט װערן. /10:6 און איך װעל שטאַרקן דאָס הױז פֿֿון יהודה, און דאָס הױז פֿֿון יוֹסף װעל איך העלפֿן, און איך װעל זײ אומקערן, װאָרום איך טו זײ דערבאַרימען; און זײ װעלן זײַן װי איך װאָלט זײ קײן מאָל ניט פֿאַרלאָזט, װאָרום איך בין יהוה זײער גאָט, און װעל זײ ענטפֿערן. /10:7 און אפֿרים װעט זײַן װי אַ גיבור, און זײער האַרץ װעט זײַן פֿרײלעך װי פֿֿון װײַן; און זײערע זין װעלן זען און זיך פֿרײען, זײער האַרץ װעט זײַן לוסטיק מיט גאָט. /10:8 איך װעל שמוצערן צו זײ, און װעל זײ אײַנזאַמלען, װאָרום איך טו זײ אױסלײזן;

און זײ װעלן זיך מערן װי זײ האָבן זיך געמערט. /10:9 יאָ, איך װעל זײ צעזײען צװישן די פֿעלקער, אָבער אין די װײַטענישן װעלן זײ מיך דערמאָנען, און זײ װעלן דערלעבן מיט זײערע קינדער, און װעלן זיך אומקערן. /10:10 און איך װעל זײ אומקערן פֿֿון לאַנד מִצרַיִם, און פֿֿון אַשור װעל איך זײ אײַנזאַמלען; און קײן לאַנד גִלעָד און לבָנוֹן װעל איך זײ ברענגען, און עס װעט זײ ניט קלעקן. /10:11 און אַן אַנגסט װעט אַריבערגײן איבערן ים, און ער װעט שלאָגן װעלן אױפֿֿן ים, און אױסגעטריקנט װעלן װערן אַלע טיפֿענישן פֿֿון נילוס, און גענידערט װעט װערן דער שטאָלץ פֿֿון אַשור, און דער צעפּטער פֿֿון מִצרַיִם װעט אָפּגעטאָן װערן. /10:12 און איך װעל זײ שטאַרקן מיט גאָט, און אין זײַן נאָמען װעלן זײ גײן,

זאָגט גאָט.


/11:1 עפֿן, לבָנוֹן, דײַנע טירן, און זאָל אַ פֿײַער פֿאַרצערן דײַנע צעדערן; /11:2 יאָמער, ציפּרעס, װאָרום דער צעדער איז געפֿאַלן, װײַל די מאַכטיקע זײַנען פֿאַרװיסט געװאָרן; יאָמערט, אײַכנבײמער פֿֿון בשָן, װאָרום דער פֿעסטער װאַלד איז גענידערט. /11:3 האָרך! אַ יללה פֿֿון די פּאַסטוכער, װאָרום פֿאַרװיסט געװאָרן איז זײער פּראַכט. האָרך! אַ געבריל פֿֿון יונגלײבן, װאָרום פֿאַרװיסט געװאָרן איז דאָס געװעלד פֿֿון יַרדן. /11:4 אַזױ האָט געזאָגט יהוה מײַן גאָט: פֿיטער די שאָף פֿֿון טײטונג, /11:5 װאָס זײערע קױפֿער טײטן זײ, און װערן ניט שולדיק, און זײערע פֿאַרקױפֿער זאָגן: געלױבט איז גאָט, װאָרום איך װער רײַך; און זײערע פּאַסטוכער דערבאַרימען זיך ניט אױף זײ. /11:6 װאָרום איך װעל זיך ניט מער דערבאַרימען אױף די באַװוינער פֿֿון לאַנד, זאָגט גאָט, און זע, איך ענטפֿער איבער דעם מענטשן, איטלעכן אין דער האַנט פֿֿון זײַן חבֿר, און אין דער האַנט פֿֿון זײַן מלך, און זײ װעלן צעשטױסן דאָס לאַנד, און איך װעל ניט מציל זײַן פֿֿון זײער האַנט.

/11:7 און איך האָב געפֿיטערט די שאָף פֿֿון טײטונג, פֿאַר װאָר, די אָרימסטע פֿֿון די שאָף, און איך האָב מיר גענומען צװײ שטעקנס, אײנעם האָב איך גערופֿן ”לײַטזעליקײט“, און אײנעם האָב איך גערופֿן ”פֿאַרבינדונג“, און איך האָב געפֿיטערט די שאָף. /11:8 און איך האָב פֿאַרטיליקט די דרײַ פּאַסטוכער אין אײן חוֹדש. און מײַן זעל איז געװאָרן אומגעדולדיק מיט זײ, און אױך זײער זעל האָט זיך געעקלט מיט מיר. /11:9 און איך האָב געזאָגט:

איך װעל אײַך ניט פֿיטערן;די װאָס שטאַרבט, זאָל שטאַרבן, און די װאָס װערט פֿאַרטיליקט, זאָל פֿאַרטיליקט װערן, און די איבעריקע זאָלן עסן אײנע דער אַנדערנס פֿלײש.

/11:10 און איך האָב גענומען מײַן שטעקן ”לײַטזעליקײט“, און האָב אים צעהאַקט, כּדי צו פֿאַרשטערן מײַן בונד װאָס איך האָב געשלאָסן מיט אַלע פֿעלקער. /11:11 און ער איז פֿאַרשטערט געװאָרן אין יענעם טאָג, און די אָרימסטע פֿֿון שאָף װאָס האָבן זיך געהאַלטן אָן מיר, האָבן געװוּסט זיכער אַז דאָס איז דאָס װאָרט פֿֿון גאָט. /11:12 און איך האָב צו זײ געזאָגט: אױב עס איז גוט אין אײַערע אױגן, גיט מיר מײַן לױן, און אױב ניט, פֿאַרמײַדט אײַך. האָבן זײ אָפּגעװויגן מײַן לױן דרײַסיק זילבערשטיק. /11:13 האָט גאָט געזאָגט צו מיר: װאַרף אים אַרײַן אין דער שאַצקאַמער, דעם שײנעם װערט װאָס איך בין װערט בײַ זײ. און איך האָב גענומען די דרײַסיק זילבערשטיק, און האָב עס אַרײַנגעװאָרפֿן אין הױז פֿֿון גאָט, אין דער שאַצקאַמער. /11:14 און איך האָב צעהאַקט מײַן צװײטן שטעקן, ”פֿאַרבינדונג“, כּדי צו פֿאַרשטערן די ברידערשאַפֿט צװישן יהודה און צװישן ישׂראל. /11:15 און גאָט האָט צו מיר געזאָגט:

נעם דיר נאָך די כּלים פֿֿון אַ נאַרישן פּאַסטוך. /11:16 װאָרום זע, איך שטעל אױף אַ פּאַסטוך אין לאַנד, װאָס אום די פֿאַרטיליקטע װעט ער זיך ניט קימערן; די יונגע װעט ער ניט אױפֿֿזוכן, און די צעבראָכענע װעט ער ניט הײלן, די געזונטע װעט ער ניט שפּײַזן, און דאָס פֿלײש פֿֿון דער פֿעטער װעט ער אױפֿֿעסן, און זײערע קלױען װעט ער צעקנאַקן.

/11:17 װײ צו דעם נישטיקן פּאַסטוך, װאָס פֿאַרלאָזט די שאָף! אַ שװערד אױף זײַן אָרעם, און אױף זײַן רעכטן אױג! זײַן אָרעם זאָל דאַרן אײַנגעדאַרט װערן, און זײַן רעכט אױג זאָל טונקל פֿאַרטונקלט װערן!


/12:1 די נבֿואה פֿֿון גאָטס װאָרט אױף ישׂראל: אַזױ זאָגט גאָט, װאָס האָט אױסגעשפּרײט די הימלען, און געגרונטפֿעסט די ערד, און געפֿורעמט דעם גײַסט פֿֿון מענטשן אין אים. /12:2 זע, איך מאַך ירושָלַיִם פֿאַר אַ בעכער פֿֿון פֿאַרטומלעניש פֿאַר אַלע אומות רונד אַרום; און אױך יהודה װעט מוזן זײַן אין באַלעגערונג אױף ירושָלַיִם. /12:3 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעל איך מאַכן ירושָלַיִם אַ לאַסטשטײן פֿאַר אַלע אומות, אַלע װאָס לאָדן זי אױף זיך װעלן זיך װוּנדן אָנרײַסן; און אײַנזאַמלען װעלן זיך אַקעגן איר אַלע פֿעלקער פֿֿון דער ערד. /12:4 אין יענעם טאָג, זאָגט גאָט, װעל איך שלאָגן איטלעך פֿערד מיט צעדולטקײט, און זײַן רײַטער מיט משוגעת; און אױף דעם הױז פֿֿון יהודה װעל איך האַלטן אָפֿן מײַנע אױגן. און איטלעך פֿערד פֿֿון די אומות װעל איך שלאָגן מיט בלינדקײט. /12:5 און די פֿירשטן פֿֿון יהודה װעלן זאָגן אין זײער האַרצן: אַ שטאַרקײט זײַנען צו מיר די באַװוינער פֿֿון ירושָלַיִם, דורך גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת זײער האַר. /12:6 אין יענעם טאָג װעל איך מאַכן די פֿירשטן פֿֿון יהודה װי אַ פֿײַערטאָפּ צװישן האָלץ, און װי אַ בראַנדהאָלץ צװישן גאַרבן, און זײ װעלן פֿאַרצערן אױף רעכטס און אױף לינקס אַלע אומות רונד אַרום; און ירושָלַיִם װעט װידער זיצן אױף איר אָרט – אין ירושָלַיִם. /12:7 און גאָט װעט העלפֿן די געצעלטן פֿֿון יהודה צום ערשטן, כּדי די פּראַכט פֿֿון דעם הױז פֿֿון דוד, און די פּראַכט פֿֿון די באַװוינער פֿֿון ירושָלַיִם, זאָל זיך ניט גרײסן איבער יהודה. /12:8 אין יענעם טאָג װעט גאָט באַשירעמען די באַװוינער פֿֿון ירושָלַיִם, און דער געפֿאַלענער צװישן זײ װעט אין יענעם טאָג זײַן װי דוד, און דאָס הױז פֿֿון דוד װי אַ גאָט, און װי אַ מלאך פֿֿון יהודה פֿאַר זײ. /12:9 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעל איך זוכן צו פֿאַרטיליקן אַלע פֿעלקער װאָס קומען אױף ירושָלַיִם. /12:10 און איך װעל אױסגיסן אױף דעם הױז פֿֿון דוד, און אױף די באַװוינער פֿֿון ירושָלַיִם, אַ גײַסט פֿֿון לײַטזעליקײט און געבעט, און זײ װעלן קוקן צו מיר װעגן איטלעכן װאָס זײ האָבן דערשטאָכן, און װעלן קלאָגן אױף אים װי מע קלאָגט אױף אַן אײנאײנציקן, און זיך ביטערן נאָך אים װי מע ביטערט זיך נאָך אַ בכָור. /12:11 אין יענעם טאָג װעט גרױס זײַן די קלאָג אין ירושָלַיִם, אַזױ װי די קלאָג פֿֿון הַדַדרִמוֹן אין טאָל מגִדוֹן. /12:12 און דאָס לאַנד װעט קלאָגן משפּחות משפּחות באַזונדער; די משפּחות פֿֿון דעם הױז פֿֿון דוד באַזונדער, און זײערע װײַבער באַזונדער; /12:13 די משפּחה פֿֿון דעם הױז פֿֿון נָתָן באַזונדער, און זײערע װײַבער באַזונדער; די משפּחה פֿֿון דעם הױז פֿֿון לֵוִי באַזונדער, און זײערע װײַבער באַזונדער; די משפּחה פֿֿון די שִמעִים באַזונדער, און זײערע װײַבער באַזונדער; /12:14 אַלע משפּחות װאָס זײַנען געבליבן, משפּחות משפּחות באַזונדער, און זײערע װײַבער באַזונדער.


/13:1 אין יענעם טאָג װעט זיך עפֿענען אַ קװאַל פֿאַר דעם הױז פֿֿון דוד, און פֿאַר די באַװוינער פֿֿון ירושָלַיִם, פֿאַר רײניקן און פֿאַר שפּרענגען. /13:2 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, זאָגט גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת, װעל איך פֿאַרשנײַדן די נעמען פֿֿון די געצנבילדער, פֿֿון לאַנד, און זײ װעלן מער ניט געדאַכט װערן; און אױך די נבֿיאים און דעם גײַסט פֿֿון אומרײנקײט װעל איך אָפּשאַפֿן פֿֿון לאַנד.

/13:3 און עס װעט זײַן, אַז עמיצער װעט נאָך אַלץ נבֿיאות זאָגן, װעלן זאָגן צו אים זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער װאָס האָבן אים געבאָרן: טאָרסט ניט בלײַבן לעבן, װאָרום ליגן האָסטו געזאָגט אין נאָמען פֿֿון גאָט; און זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער װאָס האָבן אים געבאָרן, װעלן אים שטעכן, אַז ער װעט נבֿיאות זאָגן. /13:4 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעלן זיך די נבֿיאים שעמען איטלעכער מיט זײַן זעונג, װען ער װעט נבֿיאות זאָגן; און זײ װעלן ניט אָנטאָן אַ האָריקן מאַנטל כּדי צו נאַרן. /13:5 און ער װעט זאָגן: ניט קײן נבֿיא בין איך, אַ מאַן אַן ערדאַרבעטער בין איך, װאָרום פֿאַר אַן ערדמענטשן האָט מען מיך געמאַכט פֿֿון מײַן יוגנט אָן. /13:6 און אַז מע װעט זאָגן צו אים: װאָס זײַנען די דאָזיקע װוּנדן צװישן דײַנע הענט? װעט ער זאָגן: דאָס האָב איך געקריגן געשלאָגן אין הױז פֿֿון מײַנע גוטע פֿרײַנט.

/13:7 דערװעק זיך, שװערד, אױף מײַן פּאַסטוך, און אױף דעם מאַן װאָס איך האָב מיר צוגעחבֿרט! זאָגט גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת; שלאָג דעם פּאַסטוך, און די שאָף זאָלן צעשפּרײט װערן; און איך װעל קערן מײַן האַנט אױף די יונגען. /13:8 און עס װעט געשען אין גאַנצן לאַנד, זאָגט גאָט; צװײ טײלן דערין װעלן פֿאַרשניטן װערן און פֿאַרגײן, און אַ דריט-חלק װעט בלײַבן דערין. /13:9 און איך װעל ברענגען דעם דריט-חלק אין פֿײַער, און װעל זײ לײַטערן װי מע לײַטערט זילבער, און װעל זײ פּרוּװן װי מע פּרוּװט גאָלד; ער װעט רופֿן מײַן נאָמען, און איך װעל אים ענטפֿערן;איך זאָג: ער איז מײַן פֿאָלק, און ער װעט זאָגן: יהוה איז מײַן גאָט.


/14:1 זע, אַ טאָג קומט בײַ גאָט, און דײַן רױב װעט צעטײלט װערן אין דיר. /14:2 און איך װעל אײַנזאַמלען אַלע פֿעלקער קײן ירושָלַיִם אױף מלחמה; און די שטאָט װעט באַצװוּנגען װערן, און די הײַזער װעלן צערױבט װערן, און די װײַבער װעלן געשענדט װערן; און אַ האַלבע שטאָט װעט אין גלות אַװעק, אָבער דער רעשט פֿֿון דעם פֿאָלק װעט ניט פֿאַרשניטן װערן פֿֿון שטאָט. /14:3 און גאָט װעט אַרױסגײן, און װעט מלחמֹה האַלטן מיט יענע פֿעלקער, װי בעת זײַן מלחמה האַלטן אין טאָג פֿֿון שטרײט. /14:4 און זײַנע פֿיס װעלן שטײן אין יענעם טאָג אױפֿֿן הַר-הַזֵיתים, װאָס פֿאַר ירושָלַיִם פֿֿון מזרח, און דער הַר-הַזֵיתים װעט זיך שפּאַלטן איבער העלפֿט, צו מזרח און צו מערב, אױף זײער אַ גרױסן טאָל; און אַ העלפֿט באַרג װעט זיך אַװעקרוקן קײן צפֿֿון, און אַ העלפֿט פֿֿון אים קײן דָרום. /14:5 און איר װעט אַנטלױפֿן צום טאָל פֿֿון די בערג, װאָרום דער טאָל פֿֿון די בערג װעט גרײכן ביז אָצַל; און איר װעט לױפֿן װי איר זײַט געלאָפֿן פֿֿון דער ערדציטערניש אין די טעג פֿֿון עוזִיָה דעם מלך פֿֿון יהודה; און יהוה מײַן גאָט װעט קומען, און אַלע הײליקע מיט דיר. /14:6 און עס װעט זײַן: אין יענעם טאָג װעט ניט זײַן קײן ליכטיקײט, נײַערט אַ שװערקײט און פֿאַרגליװערטקײט. /14:7 און עס װעט זײַן אײן לאַנגער טאָג, װאָס װעט זײַן באַװוּסט װי גאָטס טאָג, ניט טאָג און ניט נאַכט; אָבער עס װעט זײַן, צו אָװנטצײַט װעט װערן ליכטיק. /14:8 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעלן אַרױסגײן לעבעדיקע װאַסערן פֿֿון ירושָלַיִם, העלפֿט פֿֿון זײ צום פֿעדערשטן ים, און העלפֿט פֿֿון זײ צום הינטערשטן ים; אום זומער און אום װינטער װעט עס זײַן. /14:9 און יהוה װעט זײַן צום מלך איבער דער גאַנצער ערד; אין יענעם טאָג װעט יהוה זײַן אײנער, און זײַן נאָמען אײנער.

/14:10 דאָס גאַנצע לאַנד װעט פֿאַרקערט װערן װי דער פּלױן, פֿֿון גֶבַע ביז רִמוֹן, אין דָרום פֿֿון ירושָלַיִם; און זי װעט זיצן דערהױבן אױף איר אָרט, פֿֿון דעם טױער פֿֿון בנימין ביז דעם אָרט פֿֿון ערשטן טױער, ביז דעם װינקלטױער, און פֿֿון דעם טורעם פֿֿון חַנַנאֵל ביז דעם מלכס קעלטערן. /14:11 און זײ װעלן זיצן דערין, און קײן פֿאַרװיסטונג װעט מער ניט זײַן, און ירושָלַיִם װעט זיצן אין זיכערקײט. /14:12 און דאָס װעט זײַן די פּלאָג װאָס גאָט װעט פּלאָגן אַלע אומות װאָס זײַנען אַרױס אין קריג אױף ירושָלַיִם: זײער פֿלײש װעט צעקריכן װי זײ שטײען אױף זײערע פֿיס, און זײערע אױגן װעלן צעקריכן אין זײערע לעכער, און זײער צונג װעט צעקריכן אין זײער מױל. /14:13 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעט װערן אױף זײ אַ גרױסע מהומה פֿֿון גאָט, און זײ װעלן אָנכאַפּן אײנער דעם אַנדערנס האַנט, און אײנעמס האַנט װעט זיך אױפֿֿהײבן קעגן אַנדערנס האַנט. /14:14 און אױך יהודה װעט מלחמה האַלטן אױף ירושָלַיִם; און אײַנגעזאַמלט װעט װערן דער פֿאַרמעג פֿֿון אַלע פֿעלקער רונד אַרום, גאָלד און זילבער און קלײדער זײער פֿיל. /14:15 און אַזױ אױך װעט זײַן די פּלאָג פֿונעם פֿערד, פֿונעם מױלאײזל, פֿונעם קעמל, און פֿונעם אײזל, און פֿֿון איטלעכער בהמה װאָס װעט זײַן אין יענע מחנות – אַזױ װי די דאָזיקע פּלאָג. /14:16 און עס װעט זײַן, איטלעכער װאָס איז געבליבן פֿֿון אַלע פֿעלקער װאָס זײַנען געקומען אױף ירושָלַיִם, װעט אַרױפֿגײן יאָר פֿאַר יאָר זיך צו בוקן צו דעם קיניג, גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת, און צו האַלטן דעם יָום-טובֿ פֿֿון סוכּות. /14:17 און עס װעט זײַן, װער פֿֿון די משפּחות פֿֿון דער ערד עס װעט ניט אַרױפֿגײן קײן ירושָלַיִם זיך צו בוקן צו דעם קיניג, גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת, װעט אױף זײ ניט זײַן קײן רעגן; /14:18 און אױב די משפּחה פֿֿון מִצרַיִם װעט ניט אַרױפֿגײן, און קומט ניט, װעט אױף זײ ניט אַרױפֿגײן דער נילוס; דאָס װעט זײַן די פּלאָג װאָס גאָט װעט פּלאָגן די פֿעלקער װאָס װעלן ניט אַרױפֿגײן צו האַלטן דעם יָום-טובֿ פֿֿון סוכּות. /14:19 דאָס װעט זײַן די שטראָף פֿֿון מִצרַיִם, און די שטראָף פֿֿון אַלע פֿעלקער װאָס װעלן ניט אַרױפֿגײן צו האַלטן דעם יָום-טובֿ פֿֿון סוכּות.

/14:20 אין יענעם טאָג װעט אױף די גלעקלעך פֿֿון די פֿערד שטײן ”הײליק צו גאָט“; און די טעפּ אין גאָטס הױז װעלן זײַן אַזױ װי די שפּרענגבעקנס װאָס פֿאַרן מזבח. /14:21 און יעטװעדער טאָפּ אין ירושָלַיִם און אין יהודה װעט זײַן הײליק צו גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת, און אַלע װאָס ברענגען אַ שלאַכטאָפּפֿער װעלן קומען און נעמען פֿֿון זײ, און קאָכן אין זײ; און עס װעט מער ניט זײַן קײן הענדלער אין הױז פֿֿון גאָט פֿֿון צבָֿאוֹת אין יענעם טאָג.