תּורה נבֿיאים וּכתובֿים: תּרגום ייִדיש פֿון יהואש

הוֹשֵעַ


/1:1 דאָס װאָרט פֿון גאָט װאָס איז געװען צו הוֹשֵעַ דעם זון פֿון באֵרין, אין די טעג פֿון עוזִיָה, יוֹתָם, אָחז, יחִזקִיָה, די מלכים פֿון יהודה, און אין די טעג פֿון יָרָבעָם דעם זון פֿון יוֹאָשן, דעם מלך פֿון ישׂראל.

/1:2 דאָס ערשטע װאָס גאָט האָט גערעדט צו הוֹשֵעַן, האָט גאָט געזאָגט צו הוֹשֵעַן:

גײ נעם דיר אַ װײַב אַ זוֹנה, און קינדער פֿון אַ זוֹנה, װאָרום מזַנה טוט מזַנה זײַן דאָס לאַנד, אַװעק פֿון הינטער גאָט.

/1:3 איז ער געגאַנגען און האָט גענומען גוֹמֶר די טאָכטער פֿון דִבלַימען, און זי איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט אים געבאָרן אַ זון. /1:4 און גאָט האָט צו אים געזאָגט:

רוף זײַן נאָמען יִזרְעֶאל, װאָרום נאָך אַ קלײן װײַלע, און איך װעל זיך רעכענען פֿאַר דעם בלוט פֿון יִזרְעֶאל מיט דעם הױז פֿון יֵהוא, און איך װעל פֿאַרשטערן די מלוכה פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל. /1:5 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעל איך צעברעכן דעם בױגן פֿון ישׂראל אין טאָל יִזרְעֶאל.

/1:6 און זי איז װידער טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אַ טאָכטער. און ער האָט צו אים געזאָגט:

רוף איר נאָמען לֹא-רוחָמָה, װאָרום איך װעל מער װידער ניט רחמנות האָבן אויף דעם הויז פֿון ישראל, און פֿאַרגעבן זאָל איך זיי פֿארַרגעבן.

/1:7 אָבער אויף דעם הויז פון יהודה וועל איך רחמנות האָבן. און איך וועל זיי העלפֿן דורך יהיה זייער גאָט, און איך וועל זיי ניט העלפֿן דורך בויגן און דורך שווערן און דורך מלחמה, דורך פֿערד און דורך רייטער.

/1:8 און זיי האָט אַנטוווינט לא-רוחמהן, און זי איז טראָגעדיק געוואָרן, און האָט געבאָרן אַ זון

/1:9 און ער האָט געזאָגט: רוף זײַן נאָמען לא-עמי, וואָרום איר זײַט ניט מײַן פֿאָלק, און איך בין ניט אײַערער.


/2:1 און די צאָל פֿון די קינדער פֿון ישׂראל װעט זײַן אַזױ װי די זאַמד פֿון ים, װאָס קען ניט געמאָסטן און ניט געצײלט װערן; און עס װעט זײַן, אָנשטאָט װאָס צו זײ פֿלעגט געזאָגט װערן: איר זײַט ניט מײַן פֿאָלק, װעט צו זײ געזאָגט װערן: קינדער פֿון דעם לעבעדיקן גאָט. /2:2 און די קינדער פֿון יהודה און די קינדער פֿון ישׂראל װעלן זיך אײַנזאַמלען אין אײנעם, און זײ װעלן זיך מאַכן אײן הױפּטמאַן, און זײ װעלן אַרױפֿגײן פֿון דעם לאַנד, װאָרום גרױס װעט זײַן דער טאָג פֿון יִזרְעֶאל. /2:3 זאָגט צו אײַערע ברידער: עַמי, און צו אײַער שװעסטער: רוחמָה.

/2:4 קריגט אײַך מיט אײַער מוטער, קריגט אײַך, װאָרום זי איז ניט מײַן װײַב, און איך בין ניט איר מאַן; און זאָל זי אָפּטאָן איר זנות פֿון איר פּנים, און איר ניאוף פֿון צװישן אירע בריסט. /2:5 אַניט װעל איך זי אױסטאָן אַ נאַקעטע, און זי לאָזן שטײן װי אין טאָג פֿון איר געבאָרנשאַפֿט; און איך װעל זי מאַכן װי אַ מדבר, און זי לאָזן װערן װי אַ טרוקן לאַנד, און זי טײטן מיט דאָרשט. /2:6 און אירע קינדער װעל איך ניט דערבאַרימען, װאָרום קינדער פֿון זנות זײַנען זײ. /2:7 װאָרום מזַנה געװען האָט זײער מוטער, פֿאַרמיאוסט האָט זיך זײער געװינערין. װאָרום זי האָט געזאָגט: איך װעל גײן נאָך מײַנע ליבהאָבער, די װאָס גיבן מײַן ברױט און מײַן װאַסער, מײַן װאָל און מײַן פֿלאַקס, מײַן אײל און מײַן טראַנק. /2:8 דרום זע, איך פֿאַרשטעל דײַן װעג מיט דערנער, און װעל פֿאַרצאַמען אַ צאַם אַרום איר, אַז זי זאָל אירע שטעגן ניט געפֿינען. /2:9 און זי װעט נאָכיאָגן אירע ליבהאָבער און זײ ניט דער-גרײַכן, און זי װעט זײ זוכן און ניט געפֿינען; און זי װעט זאָגן: איך װעל גײן און זיך אומקערן צו מײַן ערשטן מאַן, װאָרום דענצמאָל איז מיר בעסער געװען װי אַצונד. /2:10 און זי װײס ניט, אַז דאָס האָב איך איר געגעבן די תּבואה, דעם װײַן, און דאָס אײל; און דאָס זילבער און גאָלד װאָס איך האָב איר געמערט, האָבן זײ פֿאַרטאָן אױף בעַל. /2:11 דרום װעל איך צוריקנעמען מײַן תּבואה אין איר צײַט, און מײַן װײַן אין זײַן געשטעלטער צײַט, און איך װעל אַװעקרײַסן מײַן װאָל און מײַן פֿלאַקס, װאָס איז געװען איר נאַקעטקײט צו פֿאַרדעקן. /2:12 און אַצונד װעל איך אַנטפּלעקן איר שאַנד פֿאַר די אױגן פֿון אירע ליבהאָבער, און קײנער װעט זי ניט מציל זײַן פֿון מײַן האַנט. /2:13 און איך װעל מאַכן אױפֿהערן איר גאַנצע פֿרײד; איר יָום-טובֿ, איר רֹאש-חוֹדש, און איר שבת, און אַלע אירע פֿײַערטעג. /2:14 און איך װעל פֿאַרװיסטן איר װײַנשטאָק און איר פֿײַגנבױם, װאָס זי האָט געזאָגט: אַ מתּנה זײַנען זײ מיר, װאָס מײַנע ליבהאָבער האָבן מיר געגעבן; /2:15 און איך װעל זײ מאַכן פֿאַר אַ װאַלד, און די חיה פֿון פֿעלד װעט זײ אױפֿעסן. און איך װעל זיך רעכענען מיט איר פֿאַר די טעג פֿון די בעַל-געטער, װאָס זי האָט גערײַכערט צו זײ, און אָנגעטאָן אירע אױרינגען און איר צירונג, און געגאַנגען נאָך אירע ליבהאָבער, און אָן מיר האָט זי פֿאַרגעסן, זאָגט גאָט. /2:16 אָבער זע, איך רעד זי איבער, און װעל זי אַװעקפֿירן אין מדבר, און װעל רעדן צו איר האַרצן. /2:17 און איך װעל איר אָפּגעבן אירע װײַנגערטנער דענצמאָל, און דעם טאָל פֿון קומער פֿאַר אַ טיר פֿון האָפֿענונג; און זי װעט דאָרטן זינגען װי אין די טעג פֿון איר יוגנט און װי אין טאָג פֿון איר אַרױפֿגײן פֿון לאַנד מִצרַיִם. /2:18 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, זאָגט גאָט, װעסטו רופֿן: מײַן מאַן, און װעסט מיך מער ניט רופֿן: מײַן אױבערהאַר. /2:19 און איך װעל אָפּטאָן די נעמען פֿון די בעַל-געטער פֿון איר מױל, און זײ װעלן מער ניט געדאַכט װערן מיט זײער נאָמען. /2:20 און איך װעל זײ שליסן אַ בונד אין יענעם טאָג, מיט דער חיה פֿון פֿעלד, און מיט דעם פֿױגל פֿון הימל, און מיט דעם שרץ פֿון דער ערד. און אַ בױגן און שװערד און מלחמה װעל איך צעברעכן פֿון לאַנד, און איך װעל זײ מאַכן ליגן אין זיכערקײט. /2:21 און איך װעל דיך פֿאַרקנַסן צו מיר אױף אײביק, און דיך פֿאַרקנַסן צו מיר מיט רעכט און מיט גערעכטיקײט, און מיט גענאָד און מיט באַרימהאַרציקײט. /2:22 און איך װעל דיך פֿאַרקנַסן צו מיר מיט טרײַשאַפֿט, און װעסט דערקענען גאָט. /2:23 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעל איך ענטפֿערן, זאָגט גאָט, װעל איך ענטפֿערן די הימלען, און זײ װעלן ענטפֿערן דער ערד, /2:24 און די ערד װעט ענטפֿערן דער תּבואה, און דעם װײַן, און דעם אײל, און זײ װעלן ענטפֿערן יִזרְעֶאל. /2:25 און איך װעל זי מיר אײַנזײען אין לאַנד, און איך װעל דערבאַרימען די ניט דערבאַרימטע, און װעל זאָגן צו ניט-מײַן-פֿאָלק: מײַן פֿאָלק ביסטו, און ער װעט זאָגן: מײַן גאָט.


/3:1 און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: גײ װידער האָב ליב אַ פֿרױ, געליבט פֿון אַ ליבהאָבער, אָבער אַ נוֹאפֿטע; אַזױ װי יהוה האָט ליב די קינדער פֿון ישׂראל, און זײ קערן זיך צו פֿרעמדער געטער, און האָבן ליב טרױבנקוכנס.

/3:2 האָב איך זי מיר געקױפֿט פֿאַר פֿופֿצן זילבערשטיק, און אַ חוֹמֶר גערשטן, און אַ לֶתֶך גערשטן. /3:3 און איך האָב צו איר געזאָגט:

פֿיל טעג זאָלסטו מיר זיצן אַלײן, זאָלסט ניט מזַנה זײַן,

און ניט געהערן צו קײן מאַן,

און דעסגלײַכן איך קעגן דיר.

/3:4 װאָרום פֿיל טעג װעלן די קינדער פֿון ישׂראל

זיצן אָן אַ מלך, און אָן אַ האַר,

און אָן אַ שלאַכטאָפּפֿער, און אָן אַ זײלשטײן,

און אָן אַן אפֿוד און תּרפֿים.

/3:5 דערנאָך װעלן די קינדער פֿון ישׂראל זיך אומקערן,

און זײ װעלן זוכן יהוה זײער גאָט,

און דוד זײער מלך,

און זײ װעלן אַנגסטן צו יהוה און צו זײַן גוטס,

אין סָוף פֿון די טעג.


/4:1 הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט, איר קינדער פֿון ישׂראל,

װאָרום גאָט האָט אַ קריג מיט די באַװױנער פֿון לאַנד,

װײַל קײן אמת און קײן גענאָד,

און קײן דערקענונג פֿון גאָט איז ניטאָ אין לאַנד.

/4:2 שװערן און לײקענען און טײטן

און גנבֿען און מזנה זײַן, זײַנען פֿאַרשפּרײט,

און בלוט אָן בלוט רירט זיך אָן. /4:3 דרום װער טרױערן דאָס לאַנד,

און פֿאַרװעלקט װערן װעט איטלעכער װױנער דערין, מיט דער חיה פֿון פֿעלד, און מיטן פֿױגל פֿון הימל; און אַפֿילו די פֿישן פֿון ים װעלן אײַנגעטאָן װערן. /4:4 אָבער קײנער טאָר זיך ניט קריגן, און ניט שטראָפֿן טאָר קײנער, װאָרום דײַן פֿאָלק זײַנען אַזעלכע װאָס קריגן זיך מיטן כֹּהן. /4:5 דרום װעסטו שטרױכלען בײַ טאָג, און אױך דער נבֿיא װעט געשטרױכלט װערן מיט דיר בײַ נאַכט, און איך װעל פֿאַרשנײַדן דײַן מוטער. /4:6 פֿאַרשניטן װערט מײַן פֿאָלק פֿון ניט פֿאַרשטאַנדיקײט; װײַל דו האָסט פֿאַראַכט װיסן, דרום האָב איך דיך פֿאַראַכט פֿון צו זײַן מיר אַ כֹּהן; אַז דו האָסט פֿאַרגעסן די תּוֹרה פֿון דײַן גאָט, װעל איך אױך פֿאַרגעסן אָן דײַנע קינדער. /4:7 װי זײ האָבן זיך געמערט, אַזױ האָבן זײ געזינדיקט צו מיר; װעל איך זײער כּבוד אױף שאַנד אומבײַטן. /4:8 זײ נערן זיך אױף די זינד פֿון מײַן פֿאָלק, און אױף זײער פֿאַרברעך קוקן זײ אױס. /4:9 דרום װעט זײַן, אַזױ דאָס פֿאָלק אַזױ דער כֹּהן, און איך װעל זיך רעכענען מיט אים פֿאַר זײַנע װעגן, און זײַנע מעשׂים װעל איך אים אומקערן. /4:10 און זײ װעלן עסן און ניט זאַט װערן, זײ זײַנען מזַנה, אָבער זײ װעלן זיך ניט מערן; װײַל זײ האָבן אױפֿגעהערט אױף גאָט צו אַכטן. /4:11 זנות און װײַן און טרױבנזאַפֿט באַנעמט דאָס האַרץ. /4:12 מײַן פֿאָלק פֿרעגט בײַ זײ האָלץ, און זײַן שטעקן באַשײדט אים; װאָרום אַ גײַסט פֿון זנות האָט פֿאַרפֿירט, און זײ האָבן זיך אָפּגעקערט פֿון אונטער זײער גאָט. /4:13 אױף די שפּיצן בערג שלאַכטן זײ, און אױף די הײכן רײַכערן זײ, אונטער אײַכנבױם און טאָפּאָל און טערעבינט, װײַל זײַן שאָטן איז גוט. דרום זײַנען אײַערע טעכטער מזַנה, און אײַערע שניר זײַנען אומטרײַ /4:14 איך פֿאַרדענק ניט אײַערע טעכטער װאָס זײ זײַנען מזַנה, און אײַערע שניר װאָס זײ זײַנען אומטרײַ, אַז זײ אַלײן גײען מיט זוֹנות אַװעק, און מיט שאַנדװײַבער ברענגען זײ שלאַכטאָפּפֿער; און דאָס פֿאָלק װאָס פֿאַרשטײט ניט, װערט געשטרױכלט. /4:15 אױב דו ישׂראל ביסט מזַנה, זאָל זיך יהודה ניט פֿאַרשולדיקן; און קומט ניט קײן גִלגָל, און גײט ניט אַרױף קײן בית-אָוֶן, און שװערט ניט: אַזױ װי יהוה לעבט! /4:16 װאָרום אַזױ װי אַ װידערשפּעניקע קו האָט װידערשפּעניקט ישׂראל; זאָל גאָט זײ אַצונד פֿיטערן װי אַ שעפּס אין דערברײטערניש? /4:17 באַהעפֿט צו געצנבילדער איז אפֿרים, לאָז אים צו רו. /4:18 גײט אָפּ זײער שִכּרות, זײַנען זײ אין זנות פֿאַרזונקען; אײַנגעליבט אין שאַנד זײַנען אירע באַשיצער. /4:19 דער װינט האָט זײ אײַנגעבונדן אין זײַנע פֿליגלען; און זײ װעלן זיך שעמען מיט זײערע שלאַכטאָפּפֿער.


/5:1 הערט דאָס צו, איר כֹּהנים, און פֿאַרנעמט, איר הױז פֿון ישׂראל, און איר הױז פֿון מלך, לײגט צו דאָס אױער, װאָרום אױף אײַך איז אַ משפּט פֿאַראַן, װײַל אַ פּאַסטקע זײַט איר געװען פֿאַר מִצפָּה, און אַן אױסגעשפּרײטע נעץ אױף תָּבוֹר. /5:2 און די אָפּקערער זײַנען אין שעכטן פֿאַרטיפֿט, און איך בין אָפּגעטאָן בײַ זײ אַלעמען. /5:3 איך קען אפֿרים, און ישׂראל איז ניט פֿאַרהױלן פֿון מיר; װאָרום אַצונד האָסטו מזַנה געװען, אפֿרים, פֿאַראומרײניקט געװאָרן איז ישׂראל. /5:4 זײערע מעשׂים לאָזן זײ ניט זיך אמצוקערן צו זײער גאָט, װאָרום אַ גײַסט פֿון זנות איז אין זײ, און יהוה קענען זײ ניט. /5:5 און דער שטאָלץ פֿון ישׂראל װעט געבײגט װערן פֿאַר זײַן פּנים, און ישׂראל און אפֿרים װעלן געשטרױכלט װערן דורך זײער זינד, אױך יהודה טוט שטרױכלען מיט זײ. /5:6 מיט זײערע שאָף און מיט זײערע רינדער װעלן זײ גײן זוכן גאָט, אָבער זײ װעלן ניט געפֿינען – ער האָט זיך אָפּגעטאָן פֿון זײ. /5:7 זײ האָבן אָן גאָט געפֿעלשט, װאָרום פֿרעמדע קינדער האָבן זײ געבאָרן; אַצונד װעט זײ אַ חוֹדש פֿאַרצערן מיט זײערע פֿעלדער. /5:8 בלאָזט אַ שוֹפֿר אין גִבעָה, אַ טרומײטער אין רָמָה; שאַלט אין בית-אָוֶן: קוק זיך אום, בנימין! /5:9 אפֿרים װעט צו װיסט װערן אין טאָג פֿון שטראָף; אין די שבטים פֿון ישׂראל טו איך עס צו װיסן אױף זיכער. /5:10 די האַרן פֿון יהודה זײַנען װי גרענעצפֿאַרכאַפּער, אױף זײ װעל איך אױסגיסן װי װאַסער מײַן צאָרן. /5:11 געדריקט װערט אפֿרים, צעבראָכן פֿון משפּט, װײַל ער איז װילנדיק געגאַנגען נאָך קױט. /5:12 און איך בין װי אַ מאָיל צו אפֿרים, און װי אַ פֿױלונג צו דעם הױז פֿון יהודה. /5:13 און אפֿרים האָט געזען זײַן קראַנקשאַפֿט, און יהודה זײַן װוּנד; איז אפֿרים געגאַנגען צו אַשור, און האָט געשיקט צום מלך ”שטרײטער“; אָבער ער קען אײַך ניט הײלן, און ער װעט ניט אָפּטאָן פֿון אײַך די װוּנד. /5:14 װאָרום איך װעל זײַן װי אַ לײב צו אפֿרים, און װי אַ יונגלײב צום הױז פֿון יהודה; איך, איך װעל פֿאַרצוקן און אַװעקגײן, אַװעקטראָגן, און קײנער װעט ניט מציל זײַן. /5:15 איך װעל גײן, איך װעל זיך אומקערן צו מײַן אָרט, ביז זײ װעלן זיך שפּֿירן שולדיקן; און זוכן מײַן פּנים; אין זײער נױט װעלן זײ מיך פֿאָרשן:


/6:1 קומט און לאָמיר זיך אומקערן צו גאָט, װאָרום ער האָט פֿאַרצוקט, און ער װעט אונדז הײלן,

ער שלאָגט און ער װעט אונדז פֿאַרבינדן,

/6:2 נאָך צװײ טעג װעט ער אנדז אױפֿלעבן,

אױפֿן דריטן טאָג װעט ער אונדז אױפֿריכטען,

און מיר װעלן לעבן פֿאַר אים.

/6:3 און לאָמיר דערקענען, לאָמיר זיך יאָגן צו דערקענען גאָט;

זיכער װי דער באַגינען איז זײַן אַרױסגאַנג;

און ער װעט קומען צו אונדז װי דער רעגן,

און װי שפּעטרעגן װאָס באַװעַסערט די ערד.

/6:4 װאָס זאָל איך טאָן צי דיר, אפּֿרים?

װאָס זאָל איך טאָן צו דיר, יהודה?

אַז אײַער גוצקײט איז װי אַ פֿרימאָרגנװאָלקן,

און װי דער טױ װאָס פֿאַרגײט אין דער פֿרי.

/6:5 דרום האָב איך [זײ] געהאַקט דורך די נבֿיאים,

זײ געהרגעט מיט די װערטער פֿון מײַן מױל;

כּדי דײַן משפּט זאָל װי דאָס ליכט אַרױס.

/6:6 װאָרום גוצקײט האָב איך באַגערט און ניט שלאַכטאָפּפֿער,

און דערקענונג פֿון גאָט אײדער בראַנדאָפּפֿער.

/6:7 אָבער זײ װי מענטשן האָבן איבערגעטרעטן דעם בונד; אָן האָבן זײ געפֿעלשט אָן מיר. /6:8 גִלעָד איז אַ שטאָט פֿון אומרעכטטוער, אױסגעטרעטן מיט בלוט. /6:9 און װי באַנדעס װאָס לױערן אױף מענטשן, איז די חברה פֿון די כֹּהנים; זײ טײטן אױפֿן װעג קײן שכֶם, יאָ, שענדלעכקײט באַגײען זײ. /6:10 אין הױז פֿון ישׂראל האָב איך שױדערהאַפֿטיקס געזען, אָן איז זנות בײַ אפֿרים, פֿאַראומרײניקט איז ישׂראל. /6:11 אױך אױף דיר, יהודה, האָט מען אַ שניט באַשערט.

אַז איך װיל אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון מײַן פֿאָלק.


/7:1 װי איך װיל הײלן ישׂראל, אַזױ װערט אַנטפּלעקט די זינד פֿון אפֿרים, און די בײזן פֿון שוֹמרוֹן; װאָרום זײ באַגײען פֿאַלשקײט, און אַ גנב ברעכט אײַן, אַ באַנדע באַפֿאַלט אויף דער גאַס. /7:2 און זאָלן זײ זיך ניט אײַנרעדן אין זײער האַרצן, אַל דאָס בײז זײערס געדענק איך; אַצונד האָבן זײערע מעשׂים זײ אַרומגערינגלט, אַקעגן מײַן פּנים זײַנען זײ. /7:3 מיט זײער בײז דערפֿרײען זײ דעם מלך, און מיט זײערע ליגנס די האַרן. /7:4 אַלע זײַנען זײ נוֹאפֿים, װי אַן אױװן אָנגעהײצט פֿון בעקער, װאָס מע הערט בלױז אױף שאַרן פֿון פֿאַרקנעטן דעם טײג ביז זײַן זױער װערן. /7:5 אין דעם טאָג פֿון אונדזער מלך, זײַנען די האַרן קראַנק פֿון װײַנדערהיצונג; ער אַלײן שטרעקט אױס זײַן האַנט מיט די שפּעטער. /7:6 װאָרום זײ האָבן צוגעברײט זײער האַרץ װי אַן אױװן אין זײער לױער; אַ גאַנצע נאַכט שלאָפֿט זײער בעקער, פֿרימאָרגנס ברענט ער אַזױ װי פֿלאַמפֿײַער. /7:7 זײ אַלע גליען װי אַן אױװן, און זײ פֿאַרצערן זײערע ריכטער; אַלע זײערע מלכים זײַנען געפֿאַלן, קײנער צװישן זײ רופֿט ניט צו מיר.

/7:8 אפֿרים, ער מישט זיך מיט די פֿעלקער, אפֿרים איז געװאָרן אַ ניט איבערגעקערטער קוכן. /7:9 פֿרעמדע האָבן אױפֿגעגעסן זײַן כּוֹח, און ער מערקט ניט; שױן גראָע האָר דורכגעשפּריצט בײַ אים, און ער מערקט ניט. /7:10 און דער שטאָלץ פֿון ישׂראל איז געבױגן פֿאַר זײַן פּנים, אָבער זײ קערן זיך ניט אום צו יהוה זײער גאָט, און זײ זוכן אים ניט בײַ אַלעם דעם. /7:11 און אפֿרים איז געװאָרן װי אַ נאַרישע טױב, אָן שׂכל, מִצרַיִם האָבן זײ גערופֿן, קײן אַשור זײַנען זײ געגאַנגען. /7:12 װי זײ װעלן גײן, װעל איך אױסשפּרײטן אױף זײ מײַן נעץ, װי פֿױגלען פֿון הימל װעל איך זײ אַראָפּנידערן; איך װעל זײ שטראָפֿן װי איך האָב געלאָזט הערן זײער עדה. /7:13 װײ צו זײ, װאָס זײ זײַנען אַװעק פֿון מיר! פֿאַרװיסטונג אױף זײ, װאָס זײ האָבן געבראָכן אָן מיר! און איך זאָל זײ אױסלײזן, װען זײ האָבן גערעדט ליגנס אױף מיר? /7:14 און זײ שרײַען ניט צו מיר מיט זײער האַרצן, אַז זײ יאָמערן אױף זײערע געלעגערס; װעגן תּבואה און װײַן רודלען זײ זיך, אָן מיר װידערשפּעניקן זײ. /7:15 און איך האָב געלערנט, געשטאַרקט זײערע אָרעמס, אָבער זײ טראַכטן שלעכטס אױף מיר. /7:16 זײ קערן זיך, אָבער ניט צו דער הײך, װי אַ פֿאַלשער בױגן זײַנען זײ געװאָרן. װעלן פֿאַלן דורכן שװערד זײערע האַרן פֿאַר דעם צאָרן פֿון זײער צונג; דאָס װעט זײַן אַ שפּאָט פֿון זײ אין לאַנד מִצרַיִם.

/8:1 צו דײַן גומען אַ שוֹפֿר! װי אַן אָדלער קומט אױף גאָטס הױז; װײַל זײ האָבן איבערגעטרעטן מײַן בונד, און קעגן מײַן תּוֹרה פֿאַרבראָכן. /8:2 קען ישׂראל דען שרײַען צו מיר: מײַן גאָט, מיר קענען דיך? /8:3 ישׂראל האָט פֿאַרלאָזט דאָס גוטס, זאָל אים דער פֿײַנט נאָכיאָגן. /8:4 זײ האָבן געמאַכט מלכים, אָבער אָן מיר, געמאַכט האַרן, און איך האָב ניט געװוּסט; פֿון זײער זילבער און זײער גאָלד האָבן זײ זיך געצנבילדער געמאַכט; דרום װעט ער פֿאַרשניטן װערן. /8:5 פֿאַרלאָזן װערט דײַן קאַלב, שוֹמרוֹן; מײַן צאָרן טוט גרימען אױף זײ; ביז װאַנען נאָך װעלן זײ ניט קענען זיך רײניקן? /8:6 װאָרום עס קומט פֿון ישׂראל, און דאָס האָט אַ מײַנסטער געמאַכט, און קײן גאָט איז דאָס ניט; פֿאַר װאָר, שפּענדלעך װעט װערן דאָס קאַלב פֿון שוֹמרוֹן. /8:7 װאָרום װינט זײען זײ, און שטורעם װעלן זײ שנײַדן; קײן זאַנג האָט עס ניט – אַ שפּראָצונג װאָס ברענגט ניט קײן מעל; טאָמער װעט עס ברענגען, װעלן עס פֿרעמדע אײַנשלינגען.

/8:8 אײַנגעשלונגען געװאָרן איז ישׂראל, אַצונד זײַנען זײ געװאָרן צװישן די פֿעלקער, װי אַ נישטװערטיקע כּלי. /8:9 װאָרום זײ זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען צו אַשור, אַ װילדאײזל באַזונדער פֿאַר זיך; אפֿרים האָט ליבשאַפֿט געדונגען. /8:10 אָבער הגם זײ דינגען צװישן די פֿעלקער, װעל איך אַצונדערט זײ אײַנזאַמלען; און זײ װעלן אָנהײבן מינער װערן פֿון דער משׂא פֿון מלך און האַרן. /8:11 װאָרום אפֿרים האָט געמערט מזבחות צום זינדיקן, בײַ אים זײַנען מזבחות צום זינדיקן געװען. /8:12 װי פֿיל פֿון מײַן תּוֹרא איך זאָל אים שרײַבן, איז דאָס בײַ אים װי פֿרעמד פֿאַררעכנט. /8:13 מײַנע בראַנדאָפּפֿער זאָלן זײ שלאַכטן פֿאַר פֿלײש און עסן, גאָט טוט זײ ניט באַפֿיליקן. אַצונד װעט ער געדענקען זײער פֿאַרברעך, און װעט דערמאָנען זײערע זינד; קײן מִצרַיִם װעלן זײ זיך אומקערן. /8:14 װאָרום ישׂראל האָט פֿאַרגעסן אָן זײַן באַשעפֿער, און האָט פּאַלײען געבױט, און יהודה האָט געמערט באַפֿעסטיקטע שטעט: דרום װעל איך שיקן אַ פֿײַער אין זײַנע שטעט, און עס װעט פֿאַרצערן אירע פּאַלאַצן.


/9:1 ניט פֿרײען זאָלסטו זיך, ישׂראל, מיט שׂמחה אַזױ װי די פֿעלקער, װאָרום האָסט זיך אָפּגעקערט פֿון דײַן גאָט, האָסט ליב געהאַט זוֹנה-לױן אױף אַלע תּבואה-שײַערן. /9:2 דער שײַער און דער קעלטער װעט זײ ניט שפּײַזן, און דער פֿרישװײַן װעט פֿעלשן אָן זײ. /9:3 זײ װעלן ניט זיצן אין לאַנד פֿון גאָט, און אפֿרים װעט זיך קײן מִצרַיִם אומקערן, און אין אַשור װעלן זײ אומרײנס עסן. /9:4 זײ װעלן ניט גיסן צו גאָט װײַן, און ניט אָנגעלײגט װעלן אים זײַן זײערע שלאַכטאָפּפֿער, אַזױ װי ברױט פֿון אַבֵלות װעט עס זײ זײַן, אַלע װאָס עסן עס װעלן זיך פֿאַראומרײניקן; װאָרום זײער ברױט װעט זײַן פֿאַר זײער לײַב, עס װעט ניט קומען אין הױז פֿון גאָט. /9:5 װאָס װעט איר טאָן אין אַ יָום-טובֿ, און אין אַ פֿײַערטאָג פֿון גאָט? /9:6 װאָרום זע, זײ זײַנען אַװעק פֿון דעם בראָך, װעט מִצרַיִם זײ אײַנזאַמלען, מוֹף װעט זײ באַגראָבן; די שאַצן פֿון זײער זילבער, זײ װעט שטעכגעװעקס ירשען, דערנער װעלן זײַן אין זײערע געצעלטן. /9:7 געקומען זײַנען די טעג פֿון רעכנשאַפֿט, געקומען די טעג פֿון באַצאָלונג; געװאָר װערן װעט ישׂראל.

”אַ נאַר איז דער נבֿיא, משוגע איז דער מאַן פֿון גײַסט!“ פֿון װעגן דײַן גרױס זינד, און װײַל גרױס איז די פֿײַנטשאַפֿט. /9:8 אַ לױערער איז אפֿרים אַקעגן מײַן גאָט, דעם נבֿיא שטעלט ער אַ פּאַסטקע אױף אַלע זײַנע װעגן, פֿײַנטשאַפֿט אין הױז פֿון זײַן גאָט. /9:9 טיף פֿאַרדאָרבן זײַנען זײ, אַזױ װי אין די טעג פֿון גִבעָה; ער װעט געדענקען זײער פֿאַרברעך, ער װעט דערמאָנען זײערע זינד.

/9:10 װי װײַנטרױבן אין מדבר האָב איך געפֿונען ישׂראל, װי אַן ערשטפֿרוכט פֿון פֿײַגנבױם אין זײַן אָנהײב האָב איך געזען אײַערע עלטערן; זײַנען זײ געקומען קײן בעַל-פְּעוֹר, און זיך אָפּגעשײדט צום שאַנדגעץ, און געװאָרן אומװערדיק װי דאָס װאָס זײ האָבן ליב געקראָגן. /9:11 אפֿרים – װי אַ פֿױגל װעט זײער כּבוד אַװעקפֿליען, אױס געבורט, און אױס מוטערלײַב, און אױס טראָגשאַפֿט! /9:12 אַפֿילו אַז זײ װעלן אױפֿברענגען זײערע קינדער, װעל איך זײ באַרױבן פֿון זײ, אַז קײן מענטש זאָל ניט בלײַבן; יאָ, װײ אױך צו זײ װען איך טו זיך אָפּ פֿון זײ! /9:13 אפֿרים, װי איך האָב צוֹר געזען, איז געפֿלאַנצט אין אַ שײנעם אָרט, אָבער אפֿרים װעט אַרױספֿירן זײַנע קינדער צום טײטער /9:14 גיב זײ, גאָט, װאָס דו דאַרפֿסט זײ געבן! גיב זײ אַ טראַכט װאָס פֿאַרװאַרפֿט, און בריסט פֿאַרדאַרטע! /9:15 אַל דאָס בײז זײערס איז אין גִלגָל, יאָ, דאָרט האָב איך זײ פֿײַנט געקראָגן; פֿאַר די בײזע מעשׂים זײערע װעל איך זײ פֿון מײַן הױז אַרױסטרײַבן; איך װעל זײ מער ניט ליב האָבן; אַלע זײערע האַרן זײַנען אָפּקערער. /9:16 געשלאָגן געװאָרן איז אפֿרים, זײער װאָרצל איז פֿאַרטריקנט, קײן פֿרוכט װעלן זײ ניט ברענגען; אַפֿילו אַז זײ װעלן געבערן, װעל איך טײטן די גלוסטיקע פֿון זײער לײַב. /9:17 פֿאַראַכטן װעט זי מײַן גאָט, װײַל זײ האָבן ניט צוגעהערט צו אים, און זײ װעלן אומװאָגלען צװישן די פֿעלקער.


/10:1 אַ געראָטענער װײַנשטאָק איז ישׂראל געװען, זײַן פֿרוכט פֿלעגט אַ װערדע האָבן; איז, װאָס מערער זײַן פֿרוכט, האָט ער מזבחות געמערט, װאָס שענער זײַן לאַנד, האָבן זײ שענערע זײַלשטײנער געמאַכט. /10:2 זײער האַרץ איז צעטײלט; אַצונד װעלן זײ זײער שולד לײַדן; ער װעט צעברעכן זײערע מזבחות, ער װעט פֿאַרװיסטן זײערע זײַלשטײנער. /10:3 פֿאַר װאָר, אַצונד װעלן זײ זאָגן: ניטאָ קײן מלך בײַ אונדז, װײַל מיר האָבן ניט מוֹרא געהאַט פֿאַר גאָט; און דער מלך, װאָס קען טאָן פֿאַר אונדז? /10:4 זײ רעדן גערײדן, שװערן פֿאַלש, שליסן אַ בונד, אָבער דער משפּט װעט שפּראָצן װי ביטערקרױט אױף די בײַטן פֿון פֿעלד. /10:5 אום די קעלבער פֿון בית-אָוֶן װעלן אַנגסטן די װױנער פֿון שוֹמרוֹן; װאָרום זײַן פֿאָלק טוט אױף אים טרױערן, און זײַנע פּריסטער װעלן ציטערן װעגן אים, װעגן זײַן כּבוד װאָס איז אַװעק פֿון אים. /10:6 אים אױך װעט מען קײן אַשור אַװעקפֿירן, אַ מתּנה צום מלך ”שטרײטער“; שאַנד װעט קריגן אפֿרים, און ישׂראל װעט זיך שעמען מיט זײַן באַראָט. /10:7 פֿאַרשניטן װערט דער מלך פֿון שוֹמרוֹן, אַזױ װי שױם אױפֿן װאַסער. /10:8 און פֿאַרטיליקט װערן װעלן די במות פֿון אָוֶן, די זינד פֿון ישׂראל; דערנער און װילדגעװעקס װעלן אױפֿגײן אױף זײערע מזבחות און זײ װעלן זאָגן צו די בערג: דעקט אונדז צו! און צו די הײכן: פֿאַלט אױף אונדז אַרױף! /10:9 מער װי אין די טעג פֿון גִבעָה האָסטו געזינדיקט, ישׂראל; דאָרט האָט מען זיך אַקעגנגעשטעלט; פֿאַר זײ אָבער װעט ניט קלעקן אַ מלחמה װי אין גִבעָה אַקעגן די פֿאַרברעכער. /10:10 װען איך טו באַגערן, װעל איך זײ שטראָפֿן, און פֿעלקער װעלן זיך אײַנזאַמלן קעגן זײ, װען מע שפּאַנט זײ אין זײערע צװײ יאָכרינגען. /10:11 און אפֿרים איז אַ קאַלב אַ געניטס, צו דרעשן האָט עס ליב; אָבער איך בין אַריבערגעגאַנגען איבער איר פֿעטן האַלדז: איך װעל אײַנשפּאַנען אפֿרים, אַקערן זאָל יהודה, בראָנעװען זאָל יעקב.

/10:12 זײֵט אײַך פֿאַר גערעכטיקײט, װעט איר שנײַדן לױט גענאָד; אַקערט אײַך אַן אַקער, װאָרום עס איז צײַט צו זוכן גאָט, ביז ער װעט קומען און רעגענען אױף אײַך גערעכטיקײט. /10:13 איר האָט געאַקערט שלעכטס, האָט איר אומרעכט געשניטן, האָט איר געגעסן די פֿרוכט פֿון ליגן; װאָרום האָסט זיך פֿאַרזיכערט אױף דײַן װעג, אױף די פֿיל גיבוֹרים דײַנע. /10:14 דרום װעט אױפֿשטײן אַ חורבן אױף דײַנע מחנות, און אַלע דײַנע פֿעסטונגען װעלן פֿאַרװיסט װערן, װי שַלמַן האָט פֿאַרװיסט בית-אַרבֵאל, אין טאָג פֿון מלחמה – מוטערס מיט קינדער זײַנען צעהאַקט געװאָרן. /10:15 אַזױ האָט געטאָן צו אײַך בית-אֵל, פֿון װעגן אײַער בײזער שלעכטיקײט; אין אַ פֿרימאָרגן פֿאַרשניטן װערט פֿאַרשניטן דער מלך פֿון ישׂראל.


/11:1 אַז ישׂראל איז יונג געװען האָב איך אים ליב געהאַט, און פֿון מִצרַיִם האָב איך גערופֿן מײַן זון. /11:2 װי זײ האָבן גערופֿן צו זײ, אַזױ זײַנען זײ אַװעק פֿון זײ; צו די בעַל-געטער האָבן זײ געשלאַכט, און צו די געצן האָבן זײ גערײכערט. /11:3 און איך האָב געלערנט גײן אפֿרים, זײ פֿאַר זײערע אָרעמס גענומען, און זײ האָבן ניט געמערקט אַז איך האָב זײ פֿאַרהיט. /11:4 מיט מענטשלעכע שטריק האָב איך זײ צוגעצױגן, מיט שנורן פֿון ליבשאַפֿט, און איך בין זײ געװען װי די אַראָפּנעמער פֿון דעם יאָך אױף זײערע קינבאַקן: און עסן פֿלעג איך אים דערלאַנגען. /11:5 ער װעט זיך ניט אומקערן קײן לאַנד מִצרַים, אָבער אַשור, ער װעט זײַן מלך זײַן, װײַל זײ האָבן ניט געװאָלט צוריקקערן. /11:6 און אַ שװערד װעט פֿאַלן אין זײַנע שטעט, און װעט פֿאַרלענדן זײַנע ריגלען און פֿאַרצערן, פֿון װעגן זײערע באַראָטונגען.

/11:7 און מײַן פֿאָלק קװענקלט זיך אומצוקערן צו מיר, און מע רופֿט אים צו דער הײך, אָבער ער טוט זיך ניט דערהײבן. /11:8 װי קען איך דיך איבערגעבן, אפֿרים? דיך איבערענטפֿערן, ישׂראל? װי קען איך דיך מאַכן װי אַדמָה? דיך לאָזן װערן װי צבֹאים? מײַן האַרץ קערט זיך אום אין מיר, מײַן גאַנצע רחמנות צינדט זיך אָן. /11:9 איך װעל ניט אױספֿירן מײַן גרימצאָרן, איך װעל מער ניט אומברענגען אפֿרים; װאָרום גאָט בין איך און ניט אַ מענטש – דער הײליקער צװישן דיר – און איך װעל ניט קומען מיט צאָרן. /11:10 נאָך יהוה װעלן זײ גײן – אַזו װי אַ לײב װעט ער ברילן; יאָ, ער װעט ברילן, און די קינדער װעלן אײַלן פֿון מערב. /11:11 זײ װעלן אײַלן װי אַ פֿױגל, פֿון מִצרַיִם, און װי אַ טױב, פֿון לאַנד אַשור, און איך װעל זײ באַזעצן אין זײערע הײַזער, זאָגט גאָט.


/12:1 אַרומגערינגלט מיט ליגן האָט מיך אפֿרים, און מיט באַטרוג דאָס הױז פֿון ישׂראל; און יהודה איז נאָך אַלץ פֿרײַגעלאָזט מיט גאָט, און מיט דעם הײליקן געטרײַען. /12:2 אפֿרים לױפֿט נאָך װינט, און יאָגט זיך נאָך מזרח-װינט, אַ גאַנצן טאָג מערט ער ליגן און רױב; און אַ בונד מיט אַשור שליסן זײ, און אײל װערט קײן מִצרַיִם געפֿירט. /12:3 אָבער גאָט האָט אַ קריג מיט יהודה, און װעט זיך רעכענען מיט יעקב לױט זײַנע װעגן, לױט זײַנע מעשׂים װעט ער אים אומקערן. /12:4 אין מוטערלײַב האָט ער בײַם טריט געכאַפּט זײַן ברודער, און מיט זײַן כּוֹח האָט ער געשטריטן מיט אַ גאָט; /12:5 יאָ, ער האָט געשטריטן קעגן אַ מלאך און איז בײַגעקומען; ער האָט געװײנט און זיך געבעטן בײַ אים: אין בית-אֵל װעט ער אים טרעפֿן, און דאָרטן װעט ער רעדן מיט אים. /12:6 און יהוה איז דער גאָט פֿון צבָאוֹת, יהוה איז זײַן געדעכעניש. /12:7 דרום זאָלסט דו צו דײַן גאָט זיך אומקערן; פֿרומקײט און גערעכטיקײט היט אָפּ, און האָף צו דײַן גאָט תּמיד.

/12:8 כּנַעַן האָט פֿאַלשע װאָגשאָלן אין זײַן האַנט, צו באַרױבן האָט ער ליב. /12:9 און אפֿרים זאָגט: פֿאַר װאָר, איך בין רײַך, איך האָב מיר דערגרײַכט אַ פֿאַרמעג; אין אַל מײַן מי װעט מען בײַ מיר ניט געפֿינען אַן אומרעכט װאָס איז אַ זינד. /12:10 אָבער איך בין יהוה דײַן גאָט פֿון לאַנד מִצרַיִם אָן, איך װעל דיך װידער מאַכן װוינען אין געצעלטן, װי אין די טעג פֿון יענער צײַט. /12:11 און איך האָב גערעדט צו די נבֿיאים, און איך האָב זעאונגנען געמערט, און דורך די נבֿיאים פֿלעג איך משלים געבן. /12:12 אַז גִלעָד איז נישטיקײט, לױטער פֿאַלשקײט זײַנען זײ געװאָרן! אין גִלגָל האָבן זײ אָקסן געשלאַכט; יאָ, זײערע מזבחות זײַנען װי הױפֿנס אױף די בײַטן פֿון פֿעלד. /12:13 און יעקב איז אַנטלאָפֿן אין פֿעלד פֿון אַרָם, און ישׂראל האָט געדינט אום אַ װײַב, און אום אַ װײַב האָט ער שאָף געהיט. /12:14 און דורך אַ נבֿיא האָט גאָט אױפֿגעבראַכט ישׂראל פֿון מִצרַיִם, און דורך אַ נבֿיא איז ער אָפּגעהיט געװאָרן. /12:15 ביטער דערצערנט האָט אפֿרים, דרום װעט ער אױסלאָזן זײַן בלוט אױף אים, און זײַן לעסטערונג װעט אים אומקערן זײַן האַר.


/13:1 אַז אפֿרים האָט גערעדט איז געװען אַ ציטערניש, דער הױב איז ער געװען אין ישׂראל; האָט ער זיך פֿאַרשולדיקט מיט בעַל, און איז געשטאָרבן. /13:2 און אַצונד זינדיקן זײ אַלץ מער, אונהאָבן זיך געמאַכט אַ געגאָסן בילד פֿון זײער זילבער, געצן לױט זײער שׂכל, דאָס װערק פֿון מײַנסטערס אַלע. אױף זײ קען מען זאָגן: מענטשן שעכטן זײ, קעלבער קושן זײ. /13:3 דרום װעלן זײ זײַן װי אַ פֿרימאָרגנװאָלקן, און װי דער טױ װאָס פֿאַרגײט אין דער פֿרי, װי שפּרײ װאָס װערט אַװעקגעבלאָזן פֿון שײַער, און װי רױך דורכן פֿענצטער.

/13:4 און איך בין יהוה דײַן גאָט פֿון לאַנד מִצרַיִם אָן, און קײן גאָט אַחוץ מיר קענסטו ניט,

און ניטאָ קײן העלפֿער אױסער מיר. /13:5 איך האָב דיך דערקענט אין דער מדבר, אין אַ לאַנד פֿון טריקעניש. /13:6 װי זײ האָבן זיך געפֿיטערט, אַזױ זײַנען זײ זאַט געװאָרן; זײ זײַנען זאַט געװאָרן, און זײער האַרץ האָט זיך דערהױבן, דערפֿאַר האָבן זײ פֿאַרגעסן אָן מיר. /13:7 דרום בין איך צו זײ װי אַ לײב געװאָרן, װי אַ לעמפּערט אױפֿן װעג װעל איך לױערן; /13:8 איך װעל זײ באַגעגענען װי אַ בערינטע פֿון קינדער באַרױבט, און איך װעל אױפֿרײַסן דעם שײד פֿון זײער האַרצן, און װעל זײ אױפֿעסן דאָרטן װי אַ לײבינטע; די חיה פֿון פֿעלד װעט זײ צערײַסן.

/13:9 דיך האָט אומגעבראַכט ישׂראל, װאָס דו ביסט קעגן מיר, קעגן דײַן הילף. /13:10 װוּ דען איז דײַן מלך, ער זאָל דיך העלפֿן אין אַלע דײַנע שטעט? און דײַנע ריכטער, װאָס דו האָסט געזאָגט: גיב מיר אַ מלך און האַרן? /13:11 איך גיב דיר אַ מלך אין מײַן כּעס, און נעם אַװעק אין מײַן גרימצאָרן.

/13:12 אײַנגעבונדן איז די זינד פֿון אפֿרים, באַהאַלטן איז זײַן חטא. /13:13 װײען פֿון אַ געװינערין װעלן קומען אױף אים; אַ ניט קלוג קינד איז ער, װאָרום עס איז צײַט, ער זאָל ניט שטײן בלײַבן אין דעם געבעראָרט פֿון קינדער. /13:14 זאָל איך פֿון דער האַנט פֿון אונטערערד זײ אױסלײזן? זאָל איך פֿון טױט זײ אױסקױפֿן? װוּ זײַנען דײַנע מגפֿות, טױט? װוּ דײַן פּעסט, אונטערערד? דערבאַרימונג זאָל פֿאַרבאָרגן זײַן פֿון מײַנע אױגן. /13:15 װאָרום ער מעג װאַקסן צװישן טײַכגראָזן, װעט קומען אַ מזרח-װינט, אַ שטורעם פֿון גאָט פֿון מדבר גײט אױף און טרוקן װערן װעט זײַן ברונעם, און אױסטריקענען װעט זײַן קװאַל; ער װעט צערױבן דעם שאַץ פֿון אַלע גלוסטיקע זאַכן.

/14:1 פֿאַרשולדיקט איז שוֹמרוֹן, װאָרום זי האָט װידערשפּעניקט אָן איר גאָט; דורכן שװערד װעלן זײ פֿאַלן, זײערע קלײנע קינדער װעלן צעהאַקט װערן, און זײַנע טראָגעדיקע װעלן אױפֿגעשפּאָלטן װערן.

/14:2 קער זיך אום, ישׂראל, צו יהוה דײַן גאָט, װאָרום האָסט געשטרױכלט דורך דײַנע זינד. /14:3 נעמט מיט אײַך װערטער, און קערט אײַך אום צו גאָט; זאָגט צו אים: פֿאַרגיב אַלע זינד, און נעם אָן דאָס גוטע; און לאָמיר צאָלן אָנשטאָט אָקסן מיט אונדזערע ליפּן. /14:4 אַשור װעט אונדז ניט העלפֿן, אױף פֿערד װעלן מיר ניט רײַטן, און מיר װעלן מער ניט זאָגן ”אונדזער גאָט“ צום װערק פֿון אונדזערע הענט; װאָרום דורך דיר װערט דערבאַרימט דער עלנדער.

/14:5 איך װעל הײלן זײער אָפּקערונג, איך װעל זײ ליב האָבן האַרציק, װאָרום מײַן צאָרן האָט זיך אָפּגעקערט פֿון אים. /14:5 איך װעל זײַן װי דער טױ צו ישׂראל; ער װעט בליען װי אַ ליליע, און שלאָגן זײַנע װאָרצלען װי דער לבָנוֹן. /14:7 זײַנע צװײַגן װעלן זיך שפּרײַטן, און זײַן גלאַנץ װעט זײַן װי פֿון אײלבערטבױם, און אַ ריח װעט ער האָבן װי דער לבָנוֹן. /14:8 די װאָס זיצן אין זײַן שאָטן װעלן װידער אױפֿברענגען תּבואה, און זײ װעלן בליען װי אַ װײַנשטאָק; זײַן דופֿט װי דער װײַן פֿון לבָנוֹן. /14:9 אפֿרים װעט זאָגן: װאָס קער איך זיך אָן מער מיט געצנבילדער. איך ענטפֿער, און װעל אים אָנקוקן; איך בין װי אַ צװײַגהאַפֿטיקער ציפּרעס; פֿון מיר װערט געקראָגן דײַן פֿרוכט.

/14:10 װער קלוג איז זאָל דאָס פֿאַרשטײן, װער פֿאַרשטאַנדיק זאָל עס מערקן, װאָרום רעכטפֿאַרטיק זײַנען די װעגן פֿון גאָט, און די גערעכטע גײען אין זײ, און די פֿאַרברעכער װערן געשטרױכלט אין זײ.