לאָמיר זינגען קינדערלעך אַ זעמערל צוזאַמען אַ ניגונדל, אַ פֿרײלעכן מיט װערטעלעך װאָס גראַמען. די מאַמע קאָכט אַ לאָקשן זופּ מיט קאַשע און מיט קנײדלעך קום דער יום־טובֿ פּורים װעלן מיר שפּילן זיך אין דרײדלעך.

טשיריבים, טשיריבאָם …

אַמאָל איז אונדזער רבינו געגאַנגען אונטער װעגן מיט אַמאָל הײבט אָן צו פּליוכען אָנגיסן אַ רעגן. שרײַט דער רבי צו דער כמאַרע הער אױף גיסן װאַסער, זײַנען אַלע חסידים טרוּקן אַרױס… נאָר… דער רבי איז אַרױס אַ נאַסער.

טשיריבים, טשיריבאָם …

...מע זאָגט אַז אין דעם שטעטל חלם לעבן נאָר נאַראָנעם אויב מיר זײַנען די קלוגע, האָבן מיר אַ שיינעם פנים איך הער זיי לאַכן טאָג און נאַכט, ´צו להכעיס´ די גזלנים, זאָגט ווער זײַנען נאַרישע און ווער זײַנען די חכמים ?...

טשיריבים, טשיריבאָם