טאָגבוך איוף צוריק
בינם העלער / טאָגבוך אויף צוריק
עטלעכע מאָל אין מיַיַן לעבן האָב איך גענומען שריַיַבן א מין זאַך וואָס מע רופֿט "טאָגבוך". לאַנג האָב איך נישט אויסגעהאַלטן. דאָס ערשטע מאָל האָב איך געמאַכט אַזא פּרוּוו אינעם עלטער פֿון 16-15 יאָר. די לינירטע זיַיַטלעך וואָס כ'האָב דעמאָלט געשריבן זענען געווען אונטערן רושם פֿון זשאַן זשאַק רוסאָס "מיַיַן ווידוי". טאַקע אין אַזאַ נוסח איז דער טאָגבוך מיַיַנער געשריבן געוואָרן: דער אמת, דער גאַנצער אמת, נישט בלויז וועגן די אַרומיקע, נאָר אויך וועגן זיך. נאַטירלעך איז אַזאַ זאַך נישט ליַיַכט געווען פֿאר אַ בחור וואָס האָט נאָך געהאַלטן אין ריַיַף ווערן. מיר איז שווער געווען זיך אַן עצה צו טאָן מיט מיַיַנע ערשטע דריַיַ ליבעס אויף אַ מאָל, צווישן זיי – מיטן מיידל פונעם הויף געגן איבער אונדז – אַ ליבע בלויז מיט די אויגן, מיטן איבערקוקן זיך דורך די פענצטער בעת מיר ביידע האָבן געלייענט אונדזערע ביכער און כמעט יעדע מינוט אויפגעהויבן דעם בליק. יענער ערשטער טאָגבוך האָט נישט זוכה געווען צו אַ סַך זיַיַטן. גראָד דעמאָלט האָב איך אָנגעהויבן שריַיַבן מיַיַנע ערשטע לידער. זיי זענען נאָך געווען רוי און אומבאהאָלפן, זיי האָבן אָבער שוין געוווּסט צו זיַיַן אייפערזיכטיק אויף די טאָגנאָטיצן. דאָס וואָס כ'האָב געשריבן אין די מאָגערע לידער, האָט דעמאָלט אויסגעזען צו זיַיַן אומפאַרגלייכלעך מער פאַרכאַפנדיק, ברייטער, טיפֿער, און דער עיקר – דויערנדיקער, איידער דאָס געשעענע פֿונעם טאָג-איבערלעב וואָס כ'האָב אַריַיַנגעפֿירט אין דער דאַטע. אַלץ איינס איז יענער העפֿט פֿון מיַיַן ערשטן טאָגבוך פֿאַרפֿאַלן געוואָרן, כאָטש איך האָב אים געהיט פֿון פֿרעמדע אויגן אין דעם שופֿלאָד פֿון דער שאַנק, וווּ כ'האָב געהאַלטן אַלע מיַיַנע פערזענלעכע חפצים און סודות, צווישן זיי – די סאַמע אינטימסטע. דאָס צווייטע מאָל האָב איך גענומען פֿאַרצייכענען מיַיַנע געשעענישן אין אַ טאָגבוך בעת כ'בין געקומען מיט מיַיַן פֿרוי און טאָכטער אויף אונדזער ערשטער ריַיַזע קיין ישראל, סוף זומער פֿונעם יאָר 1956. מיַיַן ערשטע באַגעגעניש מיט דעם לאַנד, מיט די מענטשן – סיַיַ די פֿרעמדע, סיַיַ יענע וואָס כ'האָב געקענט פֿון אַ מאָל – איז געווען אזוי שאַרף, אַזוי אַנדערש ווי כ'האָב זיך פאָרגעשטעלט איידער כ'בין אַהערגעקומען, אַז כ'האָב דערפילט אַ באַדערפֿעניש צו פֿאַרשריַיַבן אַ סַך פֿון דעם וואָס כ'זע און הער. אָבער אויך דער אָ טאָגבוך האָט געהאַט אַ קורצטאָגיק לעבן. איידער וואָס-ווען, האָבן מיר געדאַרפט אַוועקפֿאָרן. דאָס איז דאָך געווען בלויז אַ באַזוך ביַיַ הדסהס עלטערן אין הרצליה; אַזוי האָט עס געהייסן. מיר האָבן געזאָלט צוריקפאָרן אַהיים, קיין פוילן. באַשערט איז אָבער געווען אַנדערש: מיר האָבן דערגרייכט בלויז ביז מערב-אייראָפע, און פֿון דאָרט, אין עטלעכע חדשים אַרום, צוריקגעקומען קיין ישראל – אויף שטענדיק. דער טאָגבוך איז געוואָרן איבערגעריסן, די בלעטלעך אָבער זענען געבליבן. פֿון דעמאָלט זענען אַדורך זיבן און צוואַנציק יאָר. איצט גייט דאָס יאָר 1984.
18טן אויגוסט מיט אַ וואָך צוריק איז געווען תשעה-באָב. ווען כ'בין געווען אַ ייִנגל האָב איך פֿיַיַנט געהאַט דעם טאָג; כ'האָב בכלל נישט ליב געהאַט די טעג פֿון תענית און טרויער. אין אַזעלכע טעג פֿלעג איך דערשטיקט ווערן פֿון לאַנגוויַיַל. מיט די יאָרן האָט מיַיַן באַציונג צו די פֿאַסטטעג, ווי בכלל צו די ייִדישע יום-טובים זיך געענדערט, און הגם איך גיי נאָך אַלץ נישט אין שול אַריַיַן, אַפילו נישט אום יום-כיפור, פֿיל איך זיך ווי מיטבאַטייליקט סיַיַ אין דעם טרויער פֿון תשעה-באָב, סיַיַ אין דער פֿאָרכטיקיַיַט פֿונעם יום-הדין. דעם היַיַ-יאָריקן תשעה-באָב איז הדסה נישט געווען אין שטוב. צוזאַמען מיט דינהלען איז זי אַרויסגעפֿאָרן קיין אַשקלון אין אַן אָפרוהויה, ביַיַם ים. פֿאָרן אַרויספֿאָרן האָט דינהלה מיר געבראַכט אַ יאָרצייטליכט – איך זאָל דאָס אָנצינדן די נאַכט אויף תשעה-באָב, ווען עס געפֿאַלט די יאָרצייט נאָך איר מוטער גאָלדע. כ'בין געבליבן אַליין אין שטוב. כ'האָב אָנגעצונדן דאָס ליכט, און ווען ס'איז צוגעפֿאַלן די נאַכט, האָבן די שאָטנס אָנגעהויבן אַרומלויפֿן איבער די ווענט. שטענדיק, ווען איך צינד אָן אַ יאָרצייטליכט, איז מיר שווער צו שלאָפֿן ביַיַ נאַכט. די שאָטנס פֿלאַטערן איבער די ווענט און דרינגען אַריַיַן אין שלאָפֿצימער. זיי ווערן מגולגל אין די שאָטנס פֿון די פֿאַרשטאָרבענע. דאָס מאָל בין איך דערצו נאָך געבליבן אַליין אין דער דירה און פֿאַרן שלאָפֿנגיין האָב איך געזען אין דער טעלעוויזיע דאָס פֿאָלק וואָס קלאָגט אויפֿן חורבן ביַיַם כותל-מערבי. אַזוי אַז אַלע ייִדישע אומגילקן זיַיַנען געשען אינעם טאָג פֿון ניַיַנטן אָב, איז אויך מיַיַן פערזענלעך אומגליק אויסגעפֿאַלן אין דעם טאָג. גאָלדעס טויט. וואָכן לאַנג איז זי געלעגן אינעם שפּטאָל פֿאַר טובערקולאָזע אין סאָקאָלניקי, מאָסקווע. דאָס איז שוין געווען זומער 1947 – די לעצטע פֿאַזע פֿון איר קראַנקיַיַט. אין יענער ציַיַט איז אין ראַטן-פֿאַרבאַנד באַוווּסט געוואָרן, אַז אין די פֿאַרייניקטע שטאַטן האָט מען אַנטוויקלט אַן אַנטיביאָטישן מעדיקאַמענט וואָס האָט אַ ווירקונג אויף טובערקולאָז – סטרעפטאָמיצין. איך האָב געשריבן צו מיַיַנע פֿריַיַנד אין אַמעריקע און אין פוילן, אַז מע זאָל מיר צושיקן דעם אָ מעדיקאַמענט פֿאַר גאָלדען. אין משך פֿון אַ קורצער ציַיַט האָבן דאָס די חברים צוגעשיקט קיין מאָסקווע מיט אַ דיפלאָמאַטישן קוריער. איך האָב געהאַט די וווּנדער-רפואה אין האַנט! אַ גליקלעכער בין איך אַוועק אין שפיטאָל און איבערגעגעבן דעם מעדיקאַמענט דער דיזשורנדיקער דאָקטאָרין. זי האָט מיר פֿאַרזיכערט אַז נאָך אין זעלבן טאָג וועט מען אָנהייבן איַיַנשפריצן גאָלדען די רפואה. דערביַיַ האָט זי אָבער געמאַכט עטלעכע באַוואָרענישן. ערשטנס – איז די ווירקונג פֿון סטרעפטאָמיצין קעגן טובערקולאָז נאָך נישט באַוויזן געוואָרן אויף די גאַנצע הונדערט פראָצענט. צווייטנס, איז פֿאַראַן אַ חשד אַז ביַיַ גאָלדען אַנטוויקלט זיך מענינגיט. די פֿאַזע איז אַ שפעטע. אין דער תקופה העלפֿן שוין נישט קיין שום תרופות. די באַוואָרענישן האָב איך פֿאַרביַיַגעלאָזן פֿאַרן אויער. איך בין אַריַיַן אין דער פאַלאַטע וווּ גאָלדע איז געלעגן און אָנגעזאָגט איר די גוטע בשורה. אירע גרויסע בלויע אויגן האָבן אויפגעלויכטן. אויף איר אויסגעמאַטערטן פנים האָט זיך באַוויזן עפעס ענלעכס צו אַ שמייכל, אָבער ווען כ'האָב זיך צוגעזעצט אויפֿן בענקל לעבן איר בעט, האָט זי אויסגעדרייט דעם קאָפ צו דער וואַנט און א פֿיר געטאָן די האַנט מיט יענעם באַוועג פֿון רעזיגנאַציע, וואָס כ'האָב אזוי גוט געקענט. 24טן אויגוסט כמעט אַ וואָך איז אַדורך און כ'האָב זיך נישט צוגערירט צום העפֿט. נישט שוין זשע וועט ער אויך האָבן אַזאַ גורל ווי מיַיַנע פריִערדיקע "טאָגביכער"? אַ זינלאָזע וואָך. כ'האָב גאָרנישט געטאָן. אַ פֿאַרקילונג האָט מיך אַוועקגעלייגט. אויף עטלעכע טעג און כ'האָב פֿאַרלוירן דאָס געפֿיל פֿאַרן ביַיַטן זיך פֿון די שעהן, ווי אַ נעפל וואָלט אַריַיַן אין מיַיַן ציַיַט. טייל מאַל דוכט זיך מיר אַז דאָס איז ביַיַ מיר אַן אָפֿטע דערשיַיַנונג; אַז דאָס ציט זיך אַזוי ביַיַ מיר שוין יאָרן. און אפֿשר טאַקע דערפֿאַר האָב איך אַ שוואַכן זכרון פון דאַטעס. אָבער פֿון דער צווייטער זיַיַט קען דאָס זיַיַן אַ סגולה צו אריכות-ימים... אויב איך אַליין געדענק נישט מיַיַנע יאָרן, וועט אפֿשר אויך דער "בעל-דבר" זיי נישט געדענקען. אָבער דערפֿון, פֿון דעם נעפל, וועט אויך אַרויסקומען אַ מין "אין מוקדם ומאוחר" לגבי דעם וואָס איך טו איצט אויף די אָ בלעטלעך: באַלד ביַיַם אָנהייב פֿון דעם טאָגבוך האָט די פֿעדער מיך אַ טראָג געטאָן אויף זיבן און דריַיַסיק יאָר צוריק – צו מאָסקווע, צו סאָקאָלניקי. יעדן טאָג בין איך איצט געגאַנגען אין שפיטאָל אויף סאָקאָלניקי, כדי צו זען אויב ס'איז פֿאַראַן אַ שינוי, אויב דער ניַיַער וווּנדער-מעדיקאַמענט האָט שוין אָנגעהויבן ווירקן. כאָטש, למען האמת, האָב איך קיין גרויסע אמונה אין דעם נישט געהאַט. פונקט ווי גאָלדע, האָב איך שוין אין קיין נסים נישט געגלייבט. אין דער זעלבער געגנט, אין סאָקאָלניקי, נאָר אַ ביסל מער מחוץ דער שטאָט, האָט זיך אויך געפֿונען די סאַנאַטאָריע וווּ דינהלה איז געווען. מע האָט זי איבערגעפֿירט אַהין ווען מ'האָט ביַיַ איר געפֿונען די ערשטע סימנים פֿון טובערקולאָז. די סאַנאַטאָריע איז געווען איַיַנגעאָרדנט אין עטלעכע הילצערנע בנינים, צווישן שיטערע וועלדלעך. איין מאָל, ווען כ'בין געווען מיט אַ באַזוך ביַיַ דינהלען, האָב איך, ווי תמיד, אָפגעטראָטן אין שפיטאָל ביַיַ גאָלדען. פֿאַר דעם לעצטן טאָג איז איר מצב אַ סך ערגער געוואָרן. איך האָב געפֿרעגט די שוועסטער צי מהאָט דער קראַנקער געגעבן דעם סטרעפטאָמיצין וואָס כ'האָב געברענגט. זי האָט מיר געענטפֿערט נישט קלאָר, און פֿון אירע רייד האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז לויט די מיינונג פֿון די דאָקטוירים איז די רפוא שוין געקומען צו שפעט, אַז עס האָבן זיך באַוויזן סימנים פֿון מענינגיט. איך בין אריַיַן אין דער פאַלאַטע צו גאָלדען און זי געפֿרעגט פֿאַר וואָס זי פֿאָדערט נישט אַז מ'זאָל איר איַיַנשפריצן דעם סטרעפטאָמיצין, האָט זי מיר געענטפֿערט, אָז פֿון דער רפואה וועט מסתמא שוין געניסן עמעצער אַנדערש. פֿון דעמאָלט אָן איז אַלץ שוין געגאַנגען באַרג-אַראָפ. מיט יעדן טאָג איז געווען צו באַמערקן אַ שאַרפֿע פֿאַרענדערונג. געווען ששעהן ווען זי פֿלעגט פֿאַרלירן דאָס באַוווּסטזין. אין דעם העלפֿט פֿונעם חודש יולי האָב איך שוין קלאָר געוווּסט אַז עס גייט צום סוף. איין מאָל, ווען גאָלדע איז געווען ביַיַ די מחשבות, האָט זי מיר געבעטן, כ'זאָל זיך באַמיען אין דער דירעקציע פֿונעם שפיטאָל, מע זאָל מיר פֿאַרזיכערן נישט צו פאַלמעסן זי נאָכן טויט. כ'האָב געשוויגן. זי האָט איבערגעחזרט די בקשה. פֿאַרן אַהיימגיין בין איך אַריַיַן אין ביוראָ און גערעדט וועגן דעם מיט דער דיזשורירנדיקער דאָקטאָרין. זי האָט מיר צוגעזאָגט צו דערפֿילן גאָלדעס ביטע. גאָלדעס בקשה האָט מען נישט דערפֿילט. צו מאָרגנס נאָך איר טויט האָב איך געבעטן מע זאָל מיך פֿירן אין מתים-שטיבל כדי צו זען גאָלדען. ביַיַם ערשטן בליק האָב איך באַלד דערזען אַז מע האָט מיך אָפגענאַרט. כ'בין שנעל אַוועק אין ביוראָ מיט די טענה, פֿאַר וואָס זי, די דאָקטאָרין, האָט נישט געהאַלטן איר וואָרט. דערויף האָט זי גענומען זאָגן מיר מוסר, אַז זי וווּנדערט זיך זייער, פֿאַר וואָס איך, אַ באַוווּסטזיניקער, סאָוויעטישער מענטש, אַ פאָעט, גלייבט אין אַזעלכע נאַרישקיַיַטן. "וואָס פֿילט זי דען שוין? וואָס אַרט עס איר?" און באמת, וואָס איז בכלל געווען דען צו זאָגן אין דעם אַנשטאַלט וואָס האָט זיך גערופֿן "שפיטאָל"? אין תוך איז דאָך דאָס געווען אַן אינסטיטוציע פֿאַר ביוראָקראַטישער באַהאַנדלונג מצד טעמפע "מעדיצינישע אַרבעטער". נעכטן בין איך געווען ביַיַ גאָלדעס אַגאָניע. מע האָט איר שנעל געגעבן אַ פֿיר אַרויס צוזאַמען מיטן בעטל פֿון דער פאַלאַטע אין קאָרידאָר אַריַיַן. אַזוי האָט מען מיט אַלע קראַנקע זיך געפֿירט פֿאַר זייער סוף. כ'בין אויף אַ וויַיַל אַרויס פֿון דאָרט, געוואָלט זיַיַן אַ מינוט מיט זיך אַליין. ווען כ'בין צוריק אַריַיַנגעקומען, איז זי שוין געווען איבערגעדעקט מיט אַ ליַיַלעך. אָבער דאָס העמד איז געווען פֿון איר אַראָפגעצויגן. אַז די שוועסטער איז אַדורך, האָב איך זי געפֿרעגט, פֿאַר וואָס זי האָט דאָס געטאָן. פֿאַר וואָס זי האָט זי איבערגעלאָזן אַ נאַקעטע. אָבער זי איז גאָר אַרויס אויף מיר מיט אַ טענה: צי ווייס איך דען נישט, אַז זי איז פערזענלעך פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַרן אייגנטום פֿון שפיטאָל – מע זאָל נישט צעגנבענען די וועש?... כ'בין געפֿאָרן אַהיים מיט דער מעטראָ. אָט איז די קיראָוו-גאַס, דער צענטער פֿון מאָסקווע. ארויפֿגעקומען אין דעם צימער וואָס כ'האָב אָפגעדונגען ביַיַ אַננאַ בענציאָנאָוונאַ אַלטערמאַן – בין איך אַוועקגעפֿאַלן אויפֿן איַיַזערנעם בעטל. כ'האָב נישט געפֿילט מער די האַרטע, נאַקעטע פרוזשינעס – און גענומען וויינען און ברעכן מיט דער גרינער גאַל. אַזוי איז עס געשען מיט מיר שטענדיק ווען אַ נאָענטער מיַיַנער איז געשטאָרבן. אַזוי איז דאָס געווען ווען מיַיַן טאַטע איז געשטאָרבן דעם 31טן יאַנואַר 1935, מיט 12 יאָר צוריק, אין וואַרשע, און אַזוי איז דאָס אויך איצט אין מאָסקווע, דעם 21טן יולי 1947 – מיט מיַיַן וויַיַב, מיט גאָלדען. אַננאַ בענציאָנאָוונאַ איז אַריַיַן אין מיַיַן צימער, געבראַכט אַ שיסל און וואַסער. כ'בין שטילער געוואָרן און געחעשעט, ווי אַ קינד וואָס בליַיַבט אַליין און וויינט זיך אויס. אָבער דאָס קינד, דינהלה, איז געבליבן אין סאַנאַטאָריע אויף סאָקאָלניקי. דינהלה האָט נאָך נישט געוווּסט און נאָך נישט געקענט פֿאַרשטיין וואָס היַיַנט איז געשען.
25טן אויגוסט. דוכט זיך אַז דאָס מאָל האָב איך אויף אַן אמת זיך גענומען צו מיַיַן טאָגבוך – "טאָגבוך אויף צוריק". דאָס וועט מסתמא זיַיַן דער ריכטיקער נאָמען פֿאַר דעם וואָס איך שריַיַב איצט. זאָלן מיר די לייענערס אַנטשולדיקן אויב כמעט יעדן טאָג, אָדער יעדעס מאָל ווען איך נעם פֿאַרשריַיַבן, וועלן זיי טרעפֿן אויף דיגרעסיעס און אָפוויכונגען, וואָס מאַכן מיך שפרינגען איבער תקופות און יאָרן. איך מיין, אַז דאָס וואָס איך טו איצט, איז אַן ערבוביה פֿון פֿאַרשיידענע ציַיַטן און פֿון אַלע מיַיַנע באַגערן – צו דערציילן אַ סך, דעם מאַקסימום פֿון דעם, וואָס אין די לידער האָב איך עס נישט באַוויזן צו טאָן, סיַיַ דערפֿאַר, וויַיַל די פֿאָרעם האָט דאָס נישט דערלאָזן, און אויך צוליב דעם, וויַיַל זיי זענען באַלד ביַיַם שריַיַבן געווען פֿאַרטראַכט פֿאַר יעדן וואָס וועט וועלן זיי לייענען. דאָס לעצטע איז דער גרעסטער שטער פֿאַרן אויפֿדעקן זיך, הגם אַ גוטער אויפֿנעמער פֿון לידער וועט אויך כאַפן אַ סך פֿון די סודות וואָס בליַיַבן פֿאַרהוילן אויך אין די דירעקטע נאָטיצן פֿונעם טאָגבוך. פֿון אַלע ליטעראַרישע זשאַנערן איז דער נאָענטסטער צום ווידוי, צום אמת – דאָס ליד. אָבער אַ סך מאָל פֿיל איך אַז דאָס איז פֿאַר מיר צו ווייניק. איך דאַרף מער און גענויער דערציילן וועגן זיך – וועגן מיַיַנע נאָענטסטע, וועגן מיַיַנע חברים און דער עיקר טאַקע – וועגן זיך. ווי אַזוי טוט מען דאָס? דעם גאַנצן אמת וועגן זיך קען דאָך קיין מענטש נישט דערציילן. יעדער מענטש גייט אַוועק פֿון דער וועלט מיט זיַיַנעם אַ סוד. ביַיַ די קאַטאָליקן איז איַיַנגעפֿירט אַ מין ווידוי וואָס איז אין דער זעלביקער מאָס כיטרע ווי געמיין: דער גיַיַסטלעכער וואָס הערט אויס דעם ווידוי און שענקט די מחילה, זעט נישט דאָס פנים פֿונעם חוטא וואָס איז זיך מתוודה. דער וואָס דערציילט וועגן זיַיַן פֿאַרברעכן, מעג עס זיַיַן פֿון די האַרבסטע, ווי אַ שטייגער רציחה, געוואַלד און רויבעריַיַ, בליַיַבט נישט דערקענט פֿון דעם וואָס איז אים מוחל די זינד. דער פֿאַרברעכער גייט אַהיים אַ רויקער מיטן געפֿיל, אַז ער איז פטור געוואָרן פֿון די זכרונות און פֿונעם געוויסן. ייִדן טוען דאָס – די וואָס טוען עס – דירעקט פֿאַר גאָט. און גאָט איז וויַיַט. ער הערט אפֿשר, אָבער זיַיַן ענטפֿער הערט מען נישט. אויב אַזוי, איז דאָך קלאָר אַז דעם גאַנצן אמת וועגן זיך וועל איך אויך נישט קענען דערציילן. אָבער אויך דאָס וואָס איך גרייט זיך צו דערציילן, איז האַרב אומגעריכט פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג וואָס מיַיַנע מיטציַיַטלערס האָבן וועגן מיר – לויט מיַיַנע לידער (איך מיין נישט יענע ליינערס וואָס דערגרייכן אין מיַיַנע קורצע שורות ביזן סוף פֿון זייער כוונה). מעגלעך, אַז צוליב דער השפעה פֿון די רפֿואות וואָס איך האָב גענומען אין דער לעצטער וואָך, האָב איך געהאַט אַזוי פֿיל חלומות אין די נעכט. זיי זענען געווען פֿאַרשיידנאַרטיקע, אָבער מיינסטנס אַנגענעמע. אינטערעסאַנט, אַז אפֿילו די באַקאַנטע, וואָס אויף דער וואַר האָב איך זיי איצט נישט גערן, קומען אין די חלומות אַרויס סימפאַטישער. וועגן אַ סך פֿון די מענטשן, וואָס האָבן אין מיַיַן לעבן געשפילט אַן אַקטיווע ראָלע, טראַכט איך איצט זייער ווייניק ביַיַ טאָג, אויף דער וואַר. און דאָס מאַכט מיך פֿילן גוט. אָבער פֿאַר וואָס זענען זיי אין מיַיַנע חלומות נישט אַנטיפאַטיש? מיר איז שוין איַיַנגעפֿאַלן אַ מחשבה אַז אפֿשר באַוויַיַזן זיי זיך פֿאַר מיר אין די שלאָפֿשאָטנס אין זייער אייגנטלעכער, אמתדיקער געשטאַלט? און אפֿשר קומען זיי אין חלום אַזוי ווי איך וויל זיי זען? אויב דאָס זאָל זיַיַן ריכטיק, זאָגט דאָס גוט וועגן מיר. און דאָס מאַכט מיך אויך פֿילן גוט. אָבער היַיַנטיקע נאַכט האָט זיך מיר געחלומט דינהלה. כ'בין געגאַנגען מיט איר איבער אַ גרינער גאַס, אַ לאַנגע, גרינע גאַס. דאָס האָט געקענט זיַיַן אין וואַרשע, אפֿשר אויך אין תל-אביב. זי איז אפֿשר 7 יאָר אַלט. מיט אַ מאָל איז זי פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין איר טאָכטער גאַלִי. זי האָט געטראָגן אַ רויט קליידל. די גרינע גאַס איז פֿול געווען מיט שפאַצירנדיקע. דינהלה-גלי איז געגאַנגען אַ פֿריילעכע און זי האָט געזונגען. פלוצלינג האָט זי אָנגעהויבן לויפֿן איבער דער גרינער גאַס אַראָפצו און זי איז פֿאַרשוווּנדן אין דעם געדיכטן עולם. איך האָב גענומען לויפֿן איבער דער גאַס, זוכן זי, אָבער אומזיסט. זי איז פֿאַרשוווּנדן. ביַיַם סוף פֿון דער גרינער גאַס זענען געזעסן פֿרויען, פוילישע פֿרויען. איך האָב געשריגן און גערופֿן: "דינה! דינהלה"! איך האָב געפֿרעגט ביַיַ די פֿרויען, צי זיי האָבן נישט געזען קיין מיידעלע אין אַ רויט קליידעלע. "ניין" – האָבן זיי געענטפֿערט. קען זיַיַן אַז דער חלום וועגן דער קליינער דינהלה איז אַ שפליטער פֿון מיַיַנע ביַיַטאָגיקע מחשבות וועגן יענע יאָרן וואָס איך האָב דאָ אָנגעהויבן צו שילדערן. מיַיַנע זאָרגן און מוראס וועגן דער טאָכטער האָבן מיך באַגלייט אַלע יאָרן, נאָך איידער אפֿילו גאָלדע איז אַוועק. צו מאָרגנס נאָך גאָלדעס טויט בין איך אַוועק צום קינד אויף סאָקאָלניקי. דורך דער פֿאַרמאַכטער שויב פֿון דער וועראַנדע האָט זי מיך דערזען און אָנגעהויבן זיך דורכשטופן צווישן די קינדער. זיי, די אַנדערע קינדער, האָבן איר נישט געוואָלט געבן דעם וועג. די קינדער אין דער סאַנאַטאָריע זענען אַלע געווען פֿאַריתומט פֿון זייערע פֿאָטערס וואָס זענען געפֿאַלן אויף פֿראָנטן. דינהלה איז געווען, דוכט זיך, די איינציקע, וואָס מ'האָט דאָרט אַריַיַנגענומען אַ דאַנק דער השתדלות פֿון פרץ מאַרקישן. אין די סאַמע שווערסטע מלחמה-טעג פֿלעגט ער איבערלאָזן אין מיטן, אין דער שריַיַב-מאַשינקע, דאָס ליד וואָס ער האָט געהאַלטן אין שריַיַבן – און ער האָט תמיד געשריבן – און ער איז אַוועק מיט מיר אין "ליטפֿאָנד" דערליידיקן מיַיַנע ענינים וועגן די סאַנאַטאָריעס און שפיטאָלן פֿאַר גאָלדען און די קינדערהיימען פֿאַר דינהלען. דעמאָלט, אין די פֿערציקער יאָרן, איז ער נאָך געווען שלאַנק, יונג און פֿלינק. מיר זענען געפֿאָרן צום "ליטפֿאָנד" מיטן טראַמוויַיַ. איך בין אַריַיַן, ווי יעדער בירגער, דורך דעם הינטערשטן אַריַיַנגאַנג. מאַרקיש אָבער, ווי אַן אָרדען-טרעגער, האָט געהאַט דאָס רעכט אַריַיַנצוגיין אין טראַמוויַיַ פֿון פֿאָרנט, אָן אַן אַ ריי. איך האָב ליב געהאַט צו זען ווי ער באַרימט זיך פֿאַר מיר און שפרינגט אַריַיַן אין טראַמוויַיַ פֿון פֿאָרנט, אין זכות פֿון זיַיַן לענין-אָרדען. אָבער דעמאָלט, אין יענעם יוליטאָג פֿון 1947 איז שוין געווען עטלעכע יאָר ווי דינהלה איז געווען אין דעם הויז אויף סאָקאָלניקי. גראָד איז נאָך נישט געווען די שעה ווען מ'האָט זי אַרויסגעלאָזן כדי זיך צו טרעפֿן מיט מיר. זיי האָבן דעמאָלט געדאַרפֿט גיין רוען נאָך מיטאָג. זי האָט זיך אָבער דאָך דערשלאָגן צו דער שויב, צוגעלייגט צו איר דאָס רויטהאָריקע, געשוירענע קעפל, און בלויז לויט דער באַוועגונג פֿון אירע ליפן האָב איך זיך אָנגעשטויסן אַז זי חזרט איבער דאָס איינע וואָרט: "פאַפאַטשקאַ".
26טן אויגוסט אַ טעלעפֿאָן פֿונעם שריַיַבער יצחק יאַנאַסאָוויטש האָט מיך געגעבן אַ טראָג אַוועק קיין אַלמאַ-אַטאַ, צום יאָר 1943. אָנגעקלונגען האָט ער צו מיר וועגן אַן איצטעקן עינין: ער האָט געוואָלט זיך עצהנען מיט מיר וואָסער אַרטיקל וועגן מיר זאָל ער אַריַיַנגעבן אין זיַיַן ניַיַעם בוך עסעיען וועגן שריַיַבערס. אָבער היות ווי איך תעב איצט כמעט אָן אויפֿהער מיט די זכרונות פֿון די מלחמה-יאָרן, בין איך תיכף אַוועק אהין, ווי נאָר איך האָב אַוועקגעלייגט דאָס טריַיַבל. אין מאַרץ פֿונעם יאָר 1943 בין איך צוריקגעקומען קיין אַלמאַ-אַטאַ פֿון מאָסקווע, וווּ מ'האָט מיך געהאַט אַרויסגערופֿן אויף אַ פלענום פֿונעם אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטע. גאָלדעס מוטער, פֿייגע, האָט שוין נישט געלעבט. מיט עטלעכע חדשים פֿריער איז זי געשטאָרבן פֿון הונגער און אויסשעפֿונג. כ'האָב געעפֿנט די טיר אין ליימענעם היַיַזל אויף יומאַשעוואַ-גאַס, וואָס האָט זיך געפֿונען אין אַן עק, הינטער דער שטאָט. מיר האָבן דאָרט געוווינט אין דעם קיכל וואָס מיר האָבן אָפגעדונגען ביַיַ נויראַ. איר מאָן איז אָוועק אויפֿן פֿראָנט באַלד ביַיַם אָנהייב פֿון דער מלחמה און פֿון אים איז נישט געקומען קיין שום ידיעה. זי איז געבליבן אַליין מיט צוויי קינדער. ווען כ'בין אַריַיַנגעקומען האָט גאָלדע זיך געגעבן אַ שטעל-אויף פֿון דעם שמאָלן איַיַזערנעם בעטל – אונדזער געלעגער. זי איז געבליבן שטעין אין אַ פֿריידיקער איבערראַשונג. און איך האָב באַלד דערזען דעם באַשטאַנד. אויפֿן קליינעם טישל איז געלעגן אַ האַלבער, וויַיַסער צוקער-בורעק און דערנעבן האָט זיך געוועלגערט פֿאַרטריקנטע ברעקלעך פֿון שוואַרצן ברויט. דאָס איז געווען די שפיַיַז וואָס איז געבליבן אין שטוב. דינהלה, אַ קינד פֿון ווייניקער ווי אַ יאָר, איז געלעגן אין איר שטרויענעם בעטעלע. זי האָט נישט געוויינט. אין מיַיַנע אויגן האָבן זיך געוואָרפֿן אירע הענטלעך, געשוואָלענע פֿון קעלט. גאָלדע האָט נישט געוואַרט אויף מיַיַן פֿרעגן. זי האָט געזאָגט, אַז זינט עטלעכע טעג האָט זי נישט מיט וואָס איבערצוהייצן. כ'האָב גענומען אַ זאַק און בין אַרויס אין דרויסן, אַוועק נענטער צו דער שטאָט, צו אַ געגנט וווּ עס האָבן געוווינט פֿינף פֿון מיַיַנע חברים שריַיַבערס, פליטים פֿון פוילן, צווישן זיי – אויך דער וואָס האָט מיר נאָר וואָס אָנגעקלונגען, יצחק יאַנאַסאָוויטש. כ'בין זיכער געווען אַז מינדעסטעס ביַיַ איינעם פֿון זיי וועל איך באַקומען געבאָרגט אַ ביסל סאַקסאַול, דאָס האָלץ וואָס מ'האָט גענוצט צום הייצן אין קאַזאַכסטאַן. דער ערשטער צו וועמען כ'האָב אָנגעקלאַפט, אַ פאָעט פֿון וואַרשע, האָט זיך גאַנץ שיין אַרויסגעדרייט. איך בין דעמאָלט אַוועק צו יאַנאַסאָוויטשן. ער האָט מיך נישט געלאָזט רעדן קיין איבעריק וואָרט, גענומען דעם זאַק און אַריַיַנגערופֿן זיַיַן פֿרוי דאָרע, און באַלד האָבן זיי ביידע אַרויסגעשלעפט פֿאַר מיר אַ האַלבן זאַק סאַקסאַול. פֿון דאָרט ביז אונדזער שטיבל איז געווען אַ דריַיַ קילאָמעטער. נישט ליַיַכט איז מיר אָנגעקומען צו דערשלעפן די משא. אָבער ווען מ'האָט פֿיַיַער געמאַכט אין דעם קיכל, און דאָס ליכט האָט אָנגעהויבן אַרויסשלאָגן פֿון די ליים-שפאַרעס, האָט די וואַרעמקיַיַט זיך צעגאָסן נישט בלויז אויף די ווענט, נאָר אויך אויף דער נשמה. איצט טאַקע האָב איך זי ווידער דערפֿילט.
27סטן אויגוסט. דאָס בוך וואָס איך שריַיַב איצט איז נישט געהאַלטן אין קיין שום ליטעראַרישע געזעצן. פֿאַרקערט, אַלץ אין אים איז קעגן די אָנגענומענע אַקסיאָמעס. איך בין איצט נישט מחויב צו קיינעם אַחוץ צו זיך אַליין. איך ווייס אפילו נישט צי פֿרעמדע אויגן וועלן זיך ווען ס'איז אָנטרעפֿן מיט די אותיות. איך פֿאַרשריַיַב זאַכן וואָס כ'האָב ביז איצט קיינעם נישט דערציילט. נאָך מער: איצט, ביַיַם סאַמע אָנהייב, בין איך אַליין נאָך נישט זיכער צי כ'וועל האָבן דעם מוט אַלץ צו דערציילן. אין יאָר 1939, ווען כ'בין מיט גאָלדען אָנגעקומען פֿון וואַרשע קיין ביאַליסטאָק, בין איך נאָך פֿול געווען מיט גלויבן און איבערגעגעבנקיַיַט צו אַן אידעע וואָס כ'האָב אויף איר קיין פֿלעק נישט געזען. אין יענעם פֿריען ווינטער בין איך מיט גאָלדען אַרויס צו פֿוס פֿון פֿאַרשנייטן וואַרשע, און דורך ראַדזימין, ווישקאָוו און מאַלקין זענען מיר געגאַנגען קיין ביאַליסטאָק, צו דער טעריטאָריע וואָס איז פֿאַרנומען געוואָרן דורך דער סאָוויעטישער אַרמיי. אין וואַרשע האָבן שוין געווימלט די דיַיַטשן, געכאַפט מענטשן צו דער אַרבעט, על פי רוב ייִדן. אויך איך בין געווען צווישן זיי. ביַיַ דער קערבעדזש-בריק האָב איך אונטער זייערע באַפֿעלן און געשרייען באַגראָבן די געהרגעטע פֿערד. די נעץ פֿון פחד איז שוין געלעגן איבער אַלעמען. איבער די וועגן האָבן מאַרשירט די דיַיַטשישע אָפטיילונגען אין דעם שטרענגן ריטעם פֿון זייערע זעלנערישע לידער. מיר האָבן זיך באַמיט זיי אויסצומיַיַדן, נישט אַריַיַנצופֿאַלן צו זיי אין די אויגן. מיר זענען געגאַנגען מיט די באַנרעלסן וואָס זענען געלעגן שטילע און פֿאַרשנייטע. די באַנען זענען נישט געווען טעטיק. ערשט פֿון זאַרעמבי-קאַשטשעלנע האָט שוין קורסירט דער צוג קיין ביאַליסטאָק. דאָרט, אויף דער גרענעץ צווישן היטלעריזם און קאָמוניזם, האָט אונדז באַגריסט אַ סאָוויעטישער ריַיַטער: "זדראַסטווויטיע, טאָוואַרישטשי!" קיין שענערע מוזיק ווי פֿון די צוויי רוסישע ווערטער האָב איך ביז דעמאָלט נישט געהאַט געהערט. צום ערשטן מאָל אין לעבן האָב איך געהאַט דאָס געפֿיל אַז איך גיי אויף אייגענער ערד. נאָך איר טרייסלען זיך אונטער די דיַיַטשישע באָמבאַרדירונגען האָב איך ווידער געקריגן דעם גלויבן אין איר פֿעסטקיַיַט. צום ערשטן מאָל האָב איך געזען פֿלאַטערן אַ פֿריַיַע די רויטע פֿאָן. דאָס איז שוין נישט געווען דאָס רויטע פֿענדל וואָס מיר האָבן פֿאַרוואָרפֿן אויף וואָלינסקע גאַס אין וואַרשע לכבוד דעם ערשטן מיַיַ; דאָ, אין ביאַליסטאָק, האָט זי געפֿלאַטערט אַן אָפֿענע, אַ הערשערישע, פֿאַר אַלעמען אין די אויגן, אויפֿן בנין פֿון שטאָטראַט. מיט עטלעכע וואָכן אַרום האָבן אָנגעהויבן קומען די פֿאָרשטייערס פֿון די ייִדישע סאָוויעטישע שריַיַבערס, צו ערשט פֿון מינסק, דערנאָך פֿון מאָסקווע. פֿון מינסק זענען געקומען זעליק אַקסעלראָד און הערשל קאַמענעצקי, שפעטער אויך רחל בוימוואַל און זיאַמע טעלעסין. פֿון מאָסקווע איז אַראָפגעקומען קיין ביאַליסטאָק אַ גרעסערע דעלעגאַציע, אין וועלכער עס זענען געווען אַזעלכע חשובע שריַיַבערס און פאָעטן ווי מאַרקיש, קוויטקאָ, גאָדינער. זיי זענען צוגעפֿאַלן צו די שריַיַבערס-פליטים פֿון פוילן, ווי צו אָפגעפֿונענע ברידער. אָבער איך האָב געהאַט אַ געפֿיל ווי נישט מיר, די היימלאָזע, וואָלטן זיך געטוליעט צו זיי, נאָר פֿאַרקערט – אַז זיי, די איַיַנגעפֿונדעוועטע סאָוויעטישע שריַיַבערס, די אָרדען-טרעגערס, טוליען זיך צו אונדז. אין דעם ענגן צימערל פֿון דער ציַיַטונג "ביאַליסטאָקער שטערן" האָבן מיר געלייענט פֿאַר זיי אונדזערע לידער. איך האָב געהאַט דעם איַיַנדרוק, אַז די סאָוויעטישע שריַיַבערס פֿרישן זיך אָפ, זיי זענען פשוט זיך מחיה, ווי זיי וואָלטן געהערט שאַפֿונגען פֿון אַן אַנדער פלאַנעט. שפעטער, אַ סך שפעטער, האָב איך אַלץ פֿאַרשטאַנען, אָבער דעמאָלט, עטלעכע וואָכן פֿון וואַרשע, האָב איך דאָס נישט געקענט תופס זיַיַן. וועמען זאָל איך פֿרעגן? איך האָב געפֿרעגט ביַיַ אַ "געניטן" – אַ מענטש וואָס איז מיט יאָרן פֿריער שוין געווען אין ראַטן-פֿאַרבאַנד, געווען דאָרט טעטיק אין די שריַיַבערישע קריַיַזן און געאַרבעט אין דער קאָמיוגישער פרעסע. דאָס איז געווען דער רעדאַקטאָר פֿון "ביאַליסטאָקער שטערן". איך געדענק נאָך ווי אַזוי איך האָב אים די פֿראַגע געשטעלט: "פֿאַר וואָס האָב איך אַ געפֿיל אַז ביַיַ זיי (ביַיַ די סאָוויעטישע שריַיַבערס) איז עפעס איבערגעברענט אין דער נשמה, ווי אַש וואָלט דאָרט געווען?" ער האָט מיך אָנגעקוקט מיט פֿאָרשנדיקע, צעשראָקענע אויגן און אַ וויַיַלע געשוויגן. שפעטער האָט ער אַ זאָג געטאָן: "אין גיכן וועסטו זיך אַלץ דערוויסן". מיט עטלעכע וואָכן שפעטער בין איך געפֿאָרן קיין מינסק ווי אַ דעלעגאַט אויף דער פֿיַיַערונג פֿון איַיַנשליסן די מערב-געביטן פֿון וויַיַסרוסלאַנד אין דער וויַיַסרוסישער סאָוויעטישער רעפובליק. דאָס איז אויסגעפֿאַלן אין די יום-טובדיקע אָקטאָבער-טעג. הערש סמאָליער האָט מיר אויסגעכתיבעט אויף אַ בלאַנק פֿון "ביאַליסטאָקער שטערן" דעם "פראָפוסק" (דורכלאָזשיַיַן) איבער דער אַמאָליקער פויליש-סאָוויעטישער גרענעץ. אין יענע טעג איז דאָס גענוג געווען. אויף מיטאָג בין איך געווען ביַיַ זעליג אַקסעלראָדן אין שטוב. זיַיַן פֿאָטער האָט נאָך געלעבט, און ביידע האָבן זיי מיך אַרומגענומען מיט אַ משפחהדיקער וואַרעמקיַיַט. בכלל האָב איך זעלטן וווּ אָנגעטראָפֿן אויף אַזאַ האַרציקער באַציונג און אַזאַ אמתדיקער ליבשאַפֿט צו מיר, ווי ביַיַ די מינסקער ייִדישע שריַיַבערס. זיי זענען דעמאָלט געווען אַ גענוג גרויסע גרופע, צווישן זיי – טאַלאַנטפֿולע פאָעטן און דערציילערס. אַחוץ די שוין דערמאָנטע אַקסעלראָד, קאַמענעצקי, בוימוואָל און טעלעסין – מאָטל גרוביאַן, מענדל ליפֿשיץ, שיקע דריז, איַיַזיק פלאַטנער, עליע קאַהאַן און נאָך אַנדערע. די אַלע חברים האָבן מיך אויפֿגענומען ביַיַ זיך נישט בלויז ווי אַ נאָענטן, אַ ייִדישן פאָעט, נאָר אויך ווי אַן אַנטרונענעם פֿונעם דיַיַטשישן גיהנום אין פוילן, פֿונעם צעשטערטן וואַרשע. מיט איבערגענומענקיַיַט האָבן זיי אויסגעהערט מיַיַנע שילדערונגען ווי אַזוי די היטלעריסטן האָבן אַדורכגעפֿירט זייערע באָמבאַרדירונגען איבער פוילן, ווי אַזוי זיי האָבן חרוב געמאַכט וואַרשע און באַגראָבן אונטער אירע מויערן טויזנטער און טויזנטער מענטשן. [צו מאָרגנס, נאָך די אָקטאָבער-מאַניפֿעסטאַציעס, אין די גאַסן, נאָך די אויפֿנאַמעס פֿון די "באַפֿריַיַטע ברידער" אין מינסק און אין די אַרומיקע קאָלכאָזן, איז] זעליק אַקסעלראָד אַוועק מיט מיר אויף אַ שפאַציר איבער דער פֿאַרשנייטער שטאָט. אויף אַ צענטראַלער גאַס האָט ער זיך אָפגעשטעלט, אָנגעוויזן מיר אויף עטלעכע פֿענצטער אינעם פֿראָנט פֿון אַ הויז און זיך אָנגערופֿן: "איר זעט? אין די פֿענצטער האָט געוווינט איזי כאַריק"... "דאָ איז, ענדלעך, די געלעגנהיַיַט זיך צו דערוויסן" – האָב איך אַ טראַכט געטאָן. מיט אַ צוויי יאָר צוריק בין איך נאָך געווען אין פאַריז, וווּהין כ'בין אַוועק פֿון פוילן צוליב פאָליטישע רדיפות און אַרבעטסלאָזקיַיַט. אין איינעם אַ טאָג האָב איך דאָרט געקויפֿט אַ מאָסקווער "עמעס", וואָס מ'האָט פריַיַ באַקומען אין די ציַיַטונג-קויסקן. דאָרט איז געווען אָפגעדרוקט אַן אַרטיקל איבער אַ האַלבער זיַיַט – דוכט זיך, פֿון ליטוואַקאָוון – וווּ צווישן פֿאַרשיידענע באַשולדיגונגען איז געווען געזאָגט, אַז דער דיכטער איזי כאַריק איז "אַ שונא פֿון פֿאָלק". ניין, איך האָב נישט געגלייבט. ווי איז עס מעגלעך, אַז דער דיכטער פֿון "מינסקער בלאָטעס", פֿון "מיט לייב און לעבן", וועמענס לידער איך האָב געקענט פֿון אויסנווייניק, דער דיכטער וואָס האָט זיך אַזוי אידענטיפֿיצירט מיט דער רעוואָלוציע – זאָל זיַיַן אַ שונא פֿון פֿאָלק? "וואָס איז געשען – האָב איך געפֿרעגט אַקסעלראָדן – וואָס איז געשען מיט כאַריקן? פֿאַר וואָס האָט מען אים אַרעסטירט? וואָס האָט ער אַזוינס געטאָן?" קיין שום ענטפֿער האָב איך פֿון זעליק אַקסעלראָדן נישט געקריגן. ער האָט מיך גענומען אונטערן אָרעם און אָנגעהויבן אַוועקגיין מיט מיר. איך האָב אָבער דערזען ווי זיַיַנע אויגן זענען פֿול געוואָרן מיט טרערן. – – אין אָנדערהאַלבן יאָר אַרום האָט מען אים אַליין אַרעסטירט. איך האָב זיך דערוווּסט וועגן דעם אין מינסק בעת כ'בין געווען אויפֿן וועג קיין ביאַליסטאָק פֿון אַן אָפרוהויז אין אָרשער געגנט. צוזאַמען מיט אַקסעלראָדן האָט מען אויך אַרעסטירט עליע קאַהאַנען און דעם יונגן קריטיקער בעריאזקין. ווען כ'בין שוין געווען אין צוג אין מערב-וויַיַסרוסלאַנד, זענען אַנטקעגן מיר געפֿאָרן די משא-וואַגאָנען מיט די פאַטראָלירטע אַרעסטאַנטן פֿון די "באַפֿריַיַטע געביטן". דאָס האָט מען די "פֿאַרדעכטיקע עלעמענטן" אַרויסגעפֿירט אויף מזרח. – – כ'בין ענדלעך אָנגעקומען אַהיים, קיין ביאַליסטאָק, אויף יוראָוויעצקי-גאַס, נומער 38. די טיר האָט מיר געעפֿנט דער איידעם פֿון דעם הויז-בעל-הבית, אַ ברודער פֿון דעם שריַיַבער מאַרק ראַקאָווסקי. ווען ער האָט מיך דערזען, האָט ער זיך גענומען וווּנדערן: "איצט קומט איר צוריק? אין בי. בי. סי. האָט מען ערשט איבערגעגעבן אַז אויף די גרענעצן שטייען גרייט די דיַיַטשישע פאַנצער-דיוויזיעס אַריַיַנצומאַרשירן אין סאָוויעטן-פֿאַרבאַנד"... כ'האָב אים נישט געענטפֿערט. כ'בין אַריַיַן אין אונדזער צימער. גאָלדע האָט זיך אויפֿגעוועקט פֿון שלאָף. ס'איז שוין געווען שפעט ביַיַ נאַכט. זי האָט מיך אַרומגענומען מיט אירע וואַרעמע הענט. כ'האָב אָנגעהויבן אויספֿרעגן זי וועגן די ניַיַעסן, וועגן איר מאַמע, וועגן איר שוועסטער נחמה. זי האָט מיך נישט געלאָזט רעדן: "מאָרגן, מאָרגן וועסטו זיך אַלץ דערוויסן"... ווען ס'האָט אָנגעהויבן צו טאָגן, האָבן מיר דערהערט דעם ערשטן קראַך. דער הילך איז אונדז געווען באַקאַנט פֿון וואַרשע, פֿון סעפטעמבער 1939. מיר זענען אַראָפ פֿון בעט, צוגעגאַנגען צום פֿענצטער און דערזען דאָס ערשטע בהלהדיקע מלחמה-בילד. די גאַזלאָמפן האָבן נאָך געברענט און אין דעם ליכט צווישן טאָג און נאַכט זענען דורכגעלאָפֿן סאָוויעטישע טאַנקען. באַלד האָבן זיך באַוויזן איבערן הימל די דיַיַטשישע באָמבאַרדירערס, און נאָך זיי – די סאָוויעטישע יעגער-עראָפלאַנען וואָס האָבן אַריַיַנגעשטעפט קוילן-סעריעס אין די דיַיַטשישע באָמבאַרדירערס. אָבער די דעטאָנאַציעס פֿון די פֿאַלנדיקע באָמבעס האָבן נישט אויפֿגעהערט צו הילכן, באַגלייטע מיטן בריאַזג פֿון שויבן. דאָס איז געווען דער פֿרימאָרגן פֿונעם 22סטן יוני 1941. אין אָוונט זענען מיר שוין געווען אין צוג, וואָס האָט אונדז אַרויסגעפֿירט פֿון ביאַליסטאָק טיפֿער אין די שטחים פֿון רוסלאַנד. פֿון "באַפֿריַיַטע ברידער" זענען מיר פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין פליטים, אין די אַזוי-גערופֿענע "ביעזשענצעס". אין אונדזער עוואַקואַ-צוג האָבן זיך גיפֿונען לויטער "יחסנים": טוערס פֿון דער סאָוויעטישער אַדמיניסטראַציע און פֿון די אָרטיקע פאַרטיי-אָרגאַנען. דעם זכות צו אַנטרינען פֿון ביאַליסטאָק האָבן באַקומען אויך די שריַיַבערס – דאָס רוב פֿון זיי ייִדישע, אָבער צווישן זיי האָבן זיך געפֿונען אויך וויַיַסרוסישע און פוילישע. אַ גרויסער טייל פֿון די פאַסאַזשירן אין דעם צוג זענען באַשטאַנען פֿון משפחות פֿון סאָוויעטישע קאָמאַנדירן – זיי זענען שוין געווען אין די שלאַכטן אויפֿן פֿראָנט. תיכף אינעם ערשטן טאָג פֿון דער ריַיַזע האָבן מיר שוין געהערט די טענה פֿון די "קאָמאַנדירשעס" אַז אין דער מלחמה זענען שולדיק די דיַיַטשן, די פאָליאַקן און די ייִדן. דעם 24טן יוני, נאָך דעם ווי דער צוג איז עטלעכע מאָל געוואָרן באָמבאַרדירט און עס זענען געווען פֿאַרוווּנדיקטע און דערהרגעטע – איז אונדז געלונגען דורכצוריַיַסן זיך דורך וואָלקאָוויסק און באַראַנאָוויטש. ווען דער צוג איז אַריַיַנגעפֿאָרן אין מינסק, האָט די שטאָט געברענט. – – אין אַ סוף-יוני-טאָג האָט מען זעליק אַקסעלראָדן און זיַיַנע חברים קאַהאַנען און בעריאָזקינען אַרויסגעפֿירט פֿון דער טורמע אין מינסק. די קאָנוואָירערס האָבן, וויַיַזט אויס, באַשלאָסן צו ליקווידירן די אַרעסטירטע, וויַיַל אַליין האָבן זיי געוואָלט ראַטעווען זיך פֿון די דיַיַטשישע דעסאַנטן. זעליק אַקסעלראָדן האָבן זיי דערשאָסן, קאַהאַנען און בעריאָזקינען איז געלונגען צו אַנטלויפֿן. זיי ביידע האָבן תיכף זיך מאָביליזירט אין דער אַרמיי און זיי זענען אַוועק אויפֿן פֿראָנט. עליע קאַהאַן, דער טאַלאַנטפֿולער שריַיַבער, איז געפֿאַלן אין שלאַכט קעגן די דיַיַטשן. בעריאָזקינען האָט זיך איַיַנגעגעבן אומצוקערן זיך גאַנץ פֿון דער מלחמה. אין יאָר 1945 האָב איך אים געטראָפֿן אין מאָסקווער שריַיַבער-הויז. צו וואָס דערצייל איך דאָס אַלץ גראָד אויף דעם אָרט? האָט דאָס דען אַ שייכות צום היַיַנטיקן טאָג, צו דער דאַטע וואָס איך האָב אויבן אָנגעצייכנט? דאָך, מיַיַן זכרון איז איצט געגליכן צו אַ בנין וואָס מע נעמט פֿונאַנדער. שלעפט מען אַרויס איין ציגל, הייבט זיך אָן צעשיטן אַ וואַנט. און מורא האָב איך, אַז די וואַנט זאָל נישט פֿאַרשיטן עפעס אַזוינס, וואָס טאָר נישט פֿאַרדעקט ווערן. – – אין אַ ציַיַט אַרום, אין יאָר 1972, בין איך געווען אין ניו-יאָרק. אין קעלער ביַיַ אַ חבר אין הויז האָב איך גענישטערט צווישן אַלטע ביכער און ציַיַטשריפֿטן. צווישן זיי האָב איך געפֿונען ייִדישע ליטעראַרישע זשורנאַלן וואָס זענען געוואָרן אַרויסגעגעבן אין די יאָרן 1941-42. [איך האָב גענומען בלעטערן די ציַיַטשריפֿט "אין זיך"]. מיר איז אינטערעסאַנט געווען צו זען וועגן וואָס די אַמעריקאַנער ייִדישע שריַיַבערס האָבן אין יענע יאָרן געשריבן. ניין, אין יענע זאַמלונגען האָב איך נישט געפֿונען קיין איין ליטעראַרישע שאַפֿונג, וואָס זאָל מיט עפעס דערמאָנען דאָס וואָס ס'איז אין יענע צוויי יאָר געשען מיט די ייִדן אין אייראָפע. צי איז טאַקע גאָרנישט פֿון דעם דערגאַנגען צו די ייִדישע פאָעטן אין אַמעריקע? אָדער צי האָט דאָס נישט אַ ריר געטאָן זייערע לירישע סטונעס? אָבער ס'איז מיר כדאי געווען צו נישטערן דאָרט אין יענעם קעלער צווישן די פֿאַרשטויבטע זשורנאַלן: איך האָב אָנגעהויבן פֿאַרשטיין די גליַיַכגילטיקיַיַט פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן צום ייִדישן חורבן אין אייראָפע. זיי האָבן פשוט נישט געגלייבט! זיי זענען [אין זייערע טיפֿענישן] געווען איבערציַיַגט, אַז דאָס וואָס מע שריַיַבט אין די ציַיַטונגען איז אַ "נוּצלעכע פראָפאַגאַנדע" קעגן די היטלעריסטן. עס קען אָבער זיַיַן אויך אַן אַנדערע סיבה (אויך נישט קיין ליַיַכטערע צום פֿאַרגעבן), פֿאַר וואָס דער חורבן האָט נישט פֿאַרטשעפעט זייער מוזע: דאָס איז נישט געווען קיין געהעריקע טעמע פֿאַר זיי; דאָס האָט נישט געפאַסט פֿאַר די כלים פֿון יענע פאָעטן. און דאָס לאָזט זיך גלייבן, ווען מע באַטראַכט די לידער וואָס די אָ דיכטער האָבן מיט יאָרן שפעטער געשריבן אויף דער טעמע פֿון ייִדישן אומקום אין אייראָפע. זיי זענען, כמעט אַלע, נישט איבערציַיַגנדיק [, פשוט שלעכט!]. פֿאַר וואָס? וויַיַל זיי אַליין האָבן אין דעם נישט געגלייבט. [זיי זענען נישט געווען בלב ונפש מיט די אומגעבראַכטע מיליאָנען.] [די זעלבע פֿראַגע האָט מיך געמאַטערט ווען כ'האָב געלייענט דעם טאָגבוך פֿון ש. ניגערן פֿון יענע יאָרן. איך האָב נישט געקענט פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס אַזאַ פֿיַיַנפֿילנדיקער מענטש און אַ טיף-נאַציאָנאַלער ייִד, האָט כמעט גאָרנישט פֿאַרצייכנט אין זיַיַן טאָגבוך וועגן דער ייִדישער טראַגעדיע אין די 40ער יאָרן. פֿאַר וואָס? צי האָט ער מורא געהאַט זיך צוצורירן אפילו צום פֿאַרנעם פֿון דעם אומגליק? אין מיַיַן "טאָגבוך אויף צוריק" קען דאָס נישט געשען. אויף די אָ זיַיַטלעך דאַרף איך זיך אָפרעכענען מיט דער וועלט, מיט יענעם און מיט זיך גופא. אין די טעג ווען איך שריַיַב וועגן אַמאָליקע ענינים, קומען דאָך פֿאָר דאָ, ממש אונטער דער נאָז, זאַכן וואָס זענען עלול צו פֿאַרשטערן מיַיַן רו, אַוועק נעמען פֿון מיַיַנע הענט פאַפיר-און-פֿעדער און נישט דערלאָזן דערפֿירן מיך ביזן סוף מיַיַן עדות-זאָגן וועגן דעם עבר. אַ פֿיַיַער פֿון שנאה טליִעט און דראָט זיך פֿונאַנדערצופֿלאַקערן. און אויב איך וועל אפילו באַשליסן נישט צו שוויַיַגן וועגן דעם, אויב איך וועל שריַיַבן וועגן דעם אין די בלעטער און וואָרענען אויף פֿאַרזאַמלונגען, וועט דאָס העלפֿן? וועט די סכנה אויפֿהערן צו עקסעסטירן? צי וועט מען נישט צונעמען די רו, די שטילקיַיַט, דאָס ליכט אין פֿענצטער – און פֿאַר די אויגן וועלן זיך נעמען דרייען די שוואַרצע ליַיַט, די שליחים פֿון דער מרה-שחורה, וואָס וועלן באַוואַכן דאָס פֿילפֿאַרביקע לעבן?]
29סטן אויגוסט. ווידער זענען אַדורך עטלעכע טעג און גאָרנישט איז געשען וואָס עס זאָל כדאי זיַיַן צו פֿאַרנאָטירן. אפשר איז דאָס נאָרמאַל, אפשר איז גוט צו דערגרייכן צו דער ציַיַט פֿון "פענסיע", ווען מע ווערט פֿריַיַ פֿון אַלערליי פֿליכטן און פֿאָרמעליקיַיַטן, הגם מיט מיר איז דאָס נאָך נישט געשען לחלוטין. איך האָב זיך כמעט שוין באַפֿריַיַט פֿון טעכנישע און "ליטעראַרישע" אַרבעטן, וואָס האָבן מיר צוגענומען אַזוי פֿיל ציַיַט פֿון די יאָרן וואָס איך לעב אין ישראל. ס'איז פשוט אַ וווּנדער, אַז כ'האָב באַוויזן אָנצושריַיַבן די לידער וואָס כ'האָב אַרויסגעגעבן אין ביכער. איך ווייס גוט, אַז אין מיַיַנע כוחות איז געווען אַ סך מער אויפֿצוטאָן. און דער עיקר – איך האָב געדאַרפֿט מער לערנען און אַריַיַנדרינגען אין לעבן אַנשטאָט צו אַרבעטן איבער פֿרעמדע מאַנוסקריפטן. מע האָט מיר באַצאָלט דערפֿאַר, אָבער זיי האָבן געקויפֿט און צוגענומען ביַיַ מיר דאָס טיַיַערסטע – די ציַיַט. בלויז זעלטן-זעלטן טרייסט איך זיך, אַז אפשר איז די אַרבעט איבער פֿרעמדע כתבים אַ מין טאָרמאָז, וואָס האָט איַיַנגעהאַלטן דאָס צו שנעלע פֿליסן פֿון די ווערטער און בילדער און דורכגעלאָזן בלויז די שטאַרקסטע, די ווערטפֿולסטע; אפשר איז דאָס ביַיַ מיר דווקא געווען אַ גורם קעגן דער אינפֿלאַציע פֿון לידער, וואָס איז געוואָרן אַזוי שכיח [ביַיַ ייִדישע פאָעטן, באַזונדערס ביַיַ די געקומענע פֿון ראַטן-פֿאַרבאַנד. ביַיַ זיי, ביַיַ די לעצטע איז עס מער צו פֿאַרשטיין און מוחל צו זיַיַן. זיי האָבן זיך אַרויסגעריסן פֿון קלעם, פֿון דער קאָנטראָל, פֿון דער אומפֿאַרשעמטער צענזור, און איצט איז זיי דערלויבט צו שריַיַבן וואָס און ווי אַזוי זיי ווילן. – – ]
איך גיי צוריק צום יאָר 1947. זומער, חודש יולי. אויף גאָלדעס לוויה זענען אַחוץ מיר געווען – באלעבאָסטע פֿון מיַיַן דירה אַננאַ אַלטערמאַן מיט אירע צוויי טעכטער בעבאַ און רעבעקאַ און דער שריַיַבער יעקב שטערנבאַרג. די לוויה פֿון גאָלדעס מוטער, מיט פֿיר יאָר צוריק, אין אַלמאַ-אַטאַ, האָט אויך געהאַט אַזאַ צאָל מלווים. דאָרט זענען דאָס געווען דוד ספֿאַרד און הערש אָשעראָוויטש. גאָלדע האָט געמוזט בליַיַבן אין שטוב מיט דער קליינער דינהלע. אין דרויסן איז געלעגן אַ שניי, וואָס איז געוואָרן פֿאַרהאַרטעוועט און גליטשיק. די עגלה – אַ פראָסטער ליַיַטער-וואָגן, וואָס די שטאָטישע רייניקונג-געזעלשאַפֿט האָט, מיט גרויס פראָטעקציע, מיר אויסגעבאָרגט, האָט געדאַרפֿט אַריבערפֿאָרן אַ שמאָל בריקל אויף אַמאַשעוואַ-גאַס. דאָס פֿערד איז בשלום אַריבער, אָבער דער וואָגן האָט זיך איַיַנגעבויגן און דער ארון האָט זיך אַראָפגעגליטשט. מיט בשותפדיקע כוחות האָבן מיר אים צוריק אַרופֿגעלייגט אויפֿן וואָגן, אָפגעפֿירט צום בית-עולם און קובר געווען גאָלדעס מאַמע אין דער ייִדישער חלקה.
די מאַמע פֿייגע פֿון דעם ייִדישן שטעטל אָסטראָווע (אָסטראָוו-מאַזאָוויעצקי). קיין פֿלייש האָט זי אין אַלמאַ-אַטאַ נישט גענומען אין מויל אריַיַן, וויַיַל זי האָט געהיטן כשרות. קיין ייִדישער לוח איז נישט געווען. סוף זומער פֿון תש"א האָט זי אָנגעהויבן חשבונען און אויסרעכענען ווען ס'געפֿאַלט יום-כיפור. ווי אַלע מאָל האָט זי זיך געגרייט צום פֿאַסטן. ווען איך בין מיט גאָלדען געווען אין דער פֿאַבריק (מיר ביידע האָבן געאַרבעט אין דער מעלוכישער פֿוטער-פֿאַבריק) איז זי אַוועק אין יענער געגנט וווּ עס האָבן געוווינט אַ טייל פֿון די ייִדישע עוואַקוירטע שריַיַבערס, מיַיַנע חברים. פֿון עמעצן פֿון זיי האָט זי געהאָפֿט צו דערוויסן זיך, אין וועלכן טאָג עס פֿאַלט אויס יום-כיפור. אין אַ ציַיַט אַרום האָבן זיי מיר אין אַ מושב-לצים דערציילט ווי אַזוי די אַלטע איז געקומען פֿרעגן, צי ווייסן זיי נישט ווען עס פֿאַלט אויס אין יענעם יאָר יום-כיפור. איינער פֿון זיי, אַ פאָעט, [וואָס האָט זיך געהאַלטן פֿאַר אַ נאַציאָנאַלישן ייִד,] האָט דאָס געוווּסט, אָבער מיט אַ כיוון האָט ער געזאָגט פֿייגען – אַז מיט אַ טאָג שפעטער. די אָרעמע, פֿרומע פֿרוי האָט געפֿאַסט אין אַ וואָכעדיקן טאָג און געגעסן אום יום-כיפור. אָט די מעשה האָט דערציילט טאַקע יענער פאָעט אַליין. דאָס וואָס ער האָט אָפגעטאָן מיט דער פֿרומער אַלטער פֿרוי האָט ער געהאַלטן פֿאַר אַ שפיצל. און אפשר גאָר האָט ער זיך געוואָלט מיט דעם אַסעקורירן און באַוויַיַזן זיַיַן אַנטי-רעליגיעזקיַיַט, וואָס איז, כידוע, אַ סימן מובהק פֿון איבערגעגעבענער סאָוויעטישקיַיַט? ווער ווייסט? דער דאָזיקער פאָעט האָט מער ווי אַנדערע מורא געהאַט פֿאַרן סאָוויעטישן רעזשים. אין פוילן איז ער געווען נאָענט צו די לינקע פועלי-ציון. אויף איינער פֿון די ערשטע פֿאַרזאַמלונגען אין דער ביאַליסטאָקער אָפטיילונג פֿונעם סאָוויעטישן שריַיַבער-פֿאַריַיַן, ווען מ'האָט גענומען בודק זיַיַן די כשרות פֿון די שריַיַבער-פלטים, איז איינער פֿון די פֿירנדיקע ייִדישע קאָמוניסטן אין וואַרשע אַרויסגעטראָטן קעגן אים און באַשולדיקט אַז ער איז אין פוילן געווען דער "הויפֿפאָעט" פֿון די לינקע פועלי-ציון. פֿון דעמאָלט אָן איז אויף אים געפֿאַלן אַ פחד און ער האָט אָנגעהויבן זיך פֿאַרסטראַכירן. אין ביאַליסטאָק האָט ער מיר פֿאָרגעלייגט, אַז מיר זאָלן בשותפות איבערזעצן מאַיאַקאָווסקיס פאָעמע לענין אויף ייִדיש. ער האָט, וויַיַזט אויס, געטראַכט אַז אַזאַ אַרבעט וועט אים רעהאַביליטירן. [איך האָב אים נישט געקענט אָפזאָגן.] מיר האָבן אָנגעהויבן מאַכן די איבערזעצונג, הגם וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי איז נישט געווען פֿון "מיַיַנע" פאָעטן. אין אַלמאַ-אַטאַ פֿלעגט ער אַרויסטרעטן אויף די ייִדישע אוידיציעס פֿונעם שטאָטישן ראַדיאָ. איך בין געווען פֿאַרנומען – ביַיַ טאָג מיט דער אַרבעט אין פֿאַבריק, און ביַיַ נאַכט ביז שפעט – אויף מיליטערישע איבונגען מחוץ דער שטאָט. ער האָט מיך צוגערעדט, אַז אויך איך זאָל זיך באַמיען דאָס צו טאָן, און לייענען מיַיַנע לידער אין ראַדיאָ. "נאָך דער מלחמה – האָט ער צו מיר געטענהט – וועט מען דיך פֿרעגן וואָס דו האָסט געטאָן פֿאַרן סאָוויעטישן היימלאַנד". איך האָב אים געענטפֿערט, אַז מיר בליַיַבט נישט דערוף קיין ציַיַט "און פֿאַרן סאָוויעטישן היימלאַנד אַרבעט איך אויס לעדערנע מאַנטלען און היטלען"... איך בין צוריקגעקומען פֿון גאָלדעס לוויה שוין פֿאַרנאַכטצו. כ'האָב דערפֿילט אַ שרעקלעכע פוסטקיַיַט. וווּהין זאָל איך גיין? דער וועג צו גאָלדען אין שפיטאָל איז שוין נישטאָ. צום קינד אין סאַנאַטאָריע איז שוין שפעט צו פֿאָרן. זי שלאָפֿט שוין. כ'בין אַוועק צו ז. [סאַרען] זי האָט געוווינט מיט אירע עלטערן נישט וויַיַט פֿונעם וויַיַסרוסישן וואָקזאַל אין מאָסקווע, אויף דער גאַס ליעסנאָיאַ. צום ערשטן מאָל האָב איך זי דערזען ווען כ'בין אויפֿגעקומען נאָך אַ נאָכמיטאָג-שלאָף אין דער צוזאַמענוווינונג פֿאַר וויַיַסרוסן: מיר, די ייִדישע שריַיַבערס, וואָס האָבן זיך עוואַקוירט פֿון ביאַליסטאָק, האָבן זיך גערעכנט פֿאַר "וויַיַסרוסן", און מיר האָבן אָנגעהערט צום וויַיַסרוסישן שריַיַבער-פֿאַריין. אויך איך האָב געוווינט אין דער וויַיַסרוסישער צוזאַמענוווינונג מיט דינהלען. גאָלדע איז שוין געווען קראַנק און זי איז דערוויַיַל געבליבן אויף קוראַציע אין אַ שפיטאָל אין אַלמאַ-אַטאַ. כ'בין געהאַט געקומען פֿון גאַס אַ מידער פֿון די באַמיִונגען אַריַיַנצוגעבן דינהלען אין אַ קינדערהיים. די צוזאַמענוווינונג איז נישט געווען קיין אָרט פֿאַר איר. זי האָט אויך אָנגעטאָן צרות, אויסגעשאָטן דעם ציינפולווער וואָס איז געשטאַנען לעבן די בעטלעך, אַוועקגעשלעפט זייערע חפֿצים. זי האָט אויך נאַס געמאַכט דעם דיל. די באַלעבאָסטע איז געווען זייער נישט צופֿרידן און גענומען דראָען אַז זי וועט אונדז אַרויסוואַרפֿן. אַלע מיַיַנע שריַיַבערישע זכותים, און אויך די אינטערווענצן פֿונעם אָרדען-טרעגער פרץ מאַרקיש, האָבן נישט געקענט ווירקן, אַז מע זאָל דאָס קינד אַריַיַננעמען אין אַ קינדערהיים; אין יענעם לעצטן מלחמה-יאָר זענען די אַלע היַיַזער פֿול געווען מיט יתומים נאָך די געפֿאַלענע סאָוויעטישע זעלנער. געקומען אין דער צוזאַמענוווינונג, בין איך אַוועקגעפֿאַלן אויף מיַיַן איַיַזערן בעטל און תיכף איַיַנגעשלאָפֿן. ווען כ'האָב דערהערט אַרום זיך אַ גערויש און געעפֿנט די אויגן, האָב איך דערזען איבער זיך די צוויי פנימער פֿון יונגע ייִדישע מיידלעך. פֿון אָנהייב האָט עס אויסגעזען ווי איך וואָלט ערשט אַריַיַן אין אַ חלום. אַ ביסל שפעטער האָב איך איינע פֿון זיי דערקענט. דאָס איז געווען פ. [ריטע] וועלכע כ'האָב נאָך געקענט אין ביאַליסטאָק, ווען זי איז אַלט געווען זעכצן-זיבעצן יאָר. זי איז געווען אַ ברונעטע, מיט געקריַיַזלטע האָר און אַ ביסל בולטע שוואַרצע אויגן, מיט אַ שמאָלער, געטאָקטער נאָז און אַ ריַיַצענדיקן שמייכל אוף די שאַרף-געשניטענע ליפן. די צווייטע, ז. איז געווען אַ קאָנטראַסט פֿון ריטען – אַ בלאָנדע, אַ שמאָלע מיט בלאָע אויגן. די הויט אירע איז געווען אַ בלאַסע און גערעדט האָט זי שטיל. זי איז עלטער געווען פֿון פ. מיט צוויי יאָר. פ. האָט דעמאָלט שטודירט אין מאָסקווע און געוווינט האָט זי ביַיַ ז. [סאַראַן] אין שטוב. זיי זענען געווען קוזינעס, די פֿאָטערס זייערע זענען געווען ברידער. די שטוב פֿון די צוויי קוזינעס איז געוואָרן אין מאָסקווע די היים, וווּ איך בין צום אָפֿסטן אַריַיַנגעקומען. מיר פֿלעגן כמעט אומעטום גיין אין דריַיַען. קיין וויצן פֿון די חברים אויף מיַיַן חשבון האָבן נישט געפֿעלט. ביַיַ זיי איז דאָס געווען אין גוטן מוט. איך האָב אָבער אויפֿגעכאַפט די בליקן פֿון זייערע אייפֿערזיכטיקע וויַיַבער. איך אַליין האָב באמת נישט געוווּסט וועמען פֿון די מיידלעך איך האָב מער גערן. יעדע פֿון זיי איז געווען שיין און היידנדיק אויף איר אופן. זיי אַליין האָבן אפשר אויך נישט געוווּסט צו וועלכער פֿון זיי כ'בין נוטה. אָפֿט מאָל האָט זיך מיר געדוכט, אַז זיי האָבן שלום געמאַכט מיט דער סיטואַציע. – – דאָס איז געווען מיט צוויי יאָר פֿריִער. איצט, ווען גאָלדע איז געשטאָרבן, איז פ. שוין נישט געווען אין מאָסקווע. זי איז שוין געווען מיט אירע עלטערן צוריק אין זייער היימשטאָט [ווילנע]. אָבער ז.-ס שטוב איז געבליבן פֿאַר מיר אַ היים אין מאָסקווע. גאָלדע האָט געוווּסט אַלץ וואָס מיט מיר קומט פֿאָר. זי איז געווען קראַנק. דאָס קינד האָט מען זי נישט צוגעלאָזט און מיך האָט זי זיך נישט דערלויבט אַ קוש צו טאָן. ווי נאָר מע האָט ביַיַ איר געפֿונען די קאָך-שטעקלעך, האָט זי מער נישט געוואָלט בליַיַבן צוזאַמען מיט אירע נאָענטע. איר איינציקע זאָרג איז געווען אָז זי זאָל אונדז נישט אָנשטעקן. [זי האָט געוווּסט וועגן ז., פֿון דעם וואָס איך האָב איר דערציילט, אָבער זי האָט זי קיין מאָל נישט געזען. ווען דער דאָקטער פֿון "ליטפֿאָנד" האָט געפֿונען די ערשטע שלעכטע סימנים ביַיַ מיר אין די לונגען און מ'האָט מיך געשיקט אין אַ סאַנאַטאָריע קיין קרים, פֿלעגט ז. גיין אויף די באַזוכן צו דינהלען אין דער סאַנאַטאָריע פֿאַר טובערקולאָזע קינדער אין סאָקאָלניקי, (גאָלדעס פֿאָרזיכטיקיַיַט האָט נישט געהאָלפֿן. מיר ביידע, איך און דאָס קינד, זענען שוין געווען אָנגעשטעקט). גאָלדע איז דעמאָלט געווען אין מאָסקווער שפיטאָל. זי האָט געוווּסט אַז ז. באַזוכט דינהלען, און זי איז געווען צופֿרידן.] כ'בין געקומען צו זיי. בלויז ז. און איר מוטער זענען געווען אין שטוב. דער פֿאָטער איז נאָך געווען ביַיַ זיַיַן אַרבעט אין דער רעדאַקציע פֿון דער ייִדישער ציַיַטונג "אייניקיַיַט". זיי האָבן צו מיר נישט אַרויסגערעדט קיין וואָרט. איך בין אַרויס אויפֿן באַלקאָן פֿונעם פֿינפֿטן שטאָק, כ'האָב אַוועקגעזעצט זיך אויף אַן אויפֿלייגשטול און איַיַנגעגראָבן די אויגן אינעם אויסגעשטערנטן הימל.
31סטן אויגוסט 1984. דער לעצטער טאָג פֿונעם חודש אויגוסט. מאָרגן איז דער ערשטער סעפטעמבער. מיט 45 יאָר צוריק האָבן מיר אָנגעהויבן פֿאַרוואַנדלט צו ווערן אין שטיקלעך און ברעקלעך, אין נע-ונדניקעס, אין שפליטערס בכל כנפות הארץ. מ'האָט איבערגעלאָזט עלטערן, וויַיַבער און קינדער און מ'איז געלאָפֿן ראַטעווען דאָס אייגענער לעבן. קודם-כל האָבן דאָס געטאָן די מענער, וויַיַל זיי זענען געווען די צום מיינסטנס באַדראָטע. מ'האָט זיי געכאַפט אויף די שוואַרצע אַרבעטן ביַיַם פֿאַרריכטן די וועגן און באַגראָבן די טויטע פֿערד און אויך ערובניקעס [ביַיַ די נאציס]. עס האָבן זיך אָנגעהויבן די רציחות אויף אומשולדיקע מענטשן, דער עיקר – ייִדן. די ייִנגערע, נישט בלויז קאָמוניסטיש-געשטימטע, וואָס האָבן געהאַט מער פֿאַר וואָס מורא צו האָבן, זענען אַוועק [אויף מיזרח,] צו די סאָוויעטישע גרענעצן. מייסטנס זענען זיי געגאַנגען אין דער ריכטונג צו מערב-וויַיַסרוסלאַנד און מערב-אוקראַינע, וואָס זענען פֿאַרנומען געוואָרן דורך דער סאָוויעטישער אַרמיי אין הסכם מיטן מאָלאָטאָוו-ריבענטראָפ-אָפמאַך. צווישן די פלטים אויף מיזרח זענען אויך געווען אַ סך פֿון די ייִדישע שריַיַבערס. די ייִדישע זשורנאַליסטן, בעלעטריסטן און דיכטערס, זענען געווען אַנטי-היטלעריסטיש און אַ גרויסער טייל פֿון זיי איז געווען אַקטיוו אין דער פראָפאַגאַנדע קעגן די נאַצישע ראַסיסטן און אויך אינעם אַנטי-היטלעריסטישן בויקאָט. אַ גרויסע גרופע פֿון לינקע ייִדישע שריַיַבערס און זשורנאַליסטן איז אַוועק קיין ביאַליסטאָק – אַ מיטעלע אינדוסטריע-שטאָט וואָס איז אויסגעוואַקסן אין אַ קולטור-צענטער נאָך דעם ווי די שטאָט איז פֿאַרנומען געוואָרן דורך די סאָוויעטן. אויך איך בין געווען אין דער גרופע. צווישן די פאָעטן זענען געווען: יוסף רובינשטיין, ישראל עמיאָט, יצחק יאַנאָסאָוויטש; צווישן די פראָזע-שריַיַבערס – אפרים קאַגאַנאָווסקי, ש. בערלינסקי, משה גראָסמאַן. פֿון די קאָמוניסטישע ייִדישע פובליציסטן-זשורנאַליסטן אין וואַרשע זענען געקומען די פֿריערדיקע הופט-מיטאַרבעטער פֿונעם "פֿריַיַנד" – בער מאַרק, משה לעווין, דוד ריכטער און דוד ספֿאַרד. די אַלע זענען געווען טעטיק אויך אויפֿן געביט פֿון ליטעראַטור. פֿאַרשטייט זיך, אַז זיי זענען געווען די אַקטיווסטע אין דער אָפטיילונג פֿונעם וויַיַסרוסישן שריַיַבער-פֿאַריין, וואָס האָט זייער שנעל זיך אָרגאַניזירט אין ביאַליסטאָק. ער איז געווען אָנגעשלאָסן אינעם וויַיַסרוסישן שריַיַבער-פֿאַריין לויטן פרינציפ פֿון רעפובליקאַנישער אָנגעהעריקיַיַט, אָבער דער רוב פֿון די מיטגלידער איז באַשטאַנען פֿון ייִדישע שריַיַבערס. די וויַיַסרוסישע פאָעטן פעסטראָק און טאַנק און אויך די פוילישע שריַיַבערינס יאַנינאַ בראָניעווסקאַ און אַנסעלם, האָבן זיך געפֿילט ווי פֿאַרלוירן צווישן די ייִדיש-רעדערס און באַמיט אופֿצוכאַפן כאָטש אַ רמז פֿון די ייִדישע דיסקוסיעס. [די הויפטראָל אין דעם פֿאַריין האָט געשפילט הערש סמאָליאַר. ער איז געקומען קיין ביאַליסטאָק באַלד נאָך זיַיַן באַפֿריַיַונג פֿון דער פוילישער טורמע וווּ ער איז געווען פֿאַרשפאַרט בעתן אָנפֿאַל פֿון די דיַיַטשן אויף פוילן. ווי געזאָגט איז ער געווען אַ מענטש מיט אַ "סאָוויעטישער דערפֿאַרונג" נאָך פֿון זיַיַנע יונגע יאָרן.] פֿאָרמעל איז דער פֿאָרזיצער פֿון דער ביאַליסטאָקער אָפטיילונג געווען דער וויַיַסרוסישער פאָעט פֿיליפ פעסטראַק – אַ דורכשניטלעכער דיכטער, אָבער מיט גרויסע פֿאַרדינסטן פֿאַר זיַיַן קאָמוניסטישער טעטיקיַיַט אין מערב-וויַיַסרוסלאַנד. פֿאַקטיש אָבער האָט מיט דער גאַנצער אַרבעט אָנגעפֿירט הערש סמאָליאַר, דער סעקרעטאַר. [וועלכער האָט געהאַט אַ דירעקטן צוטריט צום סאָוויעטישן אַפאַראַט.] זיַיַן געהילף, און אויב איך האָב נישט קיין טעות – דער דירעקטאָר פֿונעם שריַיַבערהויז, איז געווען דוד ספֿאַרד. [טעכנישע סעקרעטאַרין איז געווען ריווע דריַיַער, די שפעטערדיקע פֿרוי פֿון דוד ספֿאַרד.] ווען מיר זענען מיט גאָלדען אָנגעקומען אין ביאַליסטאָק איז אויף דער נשמה געווען יום-טובדיק, אָבער די פֿיס האָבן נישט געקענט גיין. איך בין נישט געוווינט געווען צו אַזעלכע מאַרשן ווי פֿון וואַרשע קיין זאַרעמבי-קאַשטשעלנע. מיר האָבן זיך געשלעפט איבער די שמאָלע ביאַליסטאָקער גאַסן, אויף די קרומע שטיינער פֿונעם ברוק, און ביַיַ יעדן טראָט האָט געשניטן דער ווייטיק אין די פאַכוועס. די דריזן דאָרט זענען אויפֿגעלאָפֿן פֿונעם גיין צו פֿוס אַזעלכע שטרעקעס. מיר האָבן נישט געהאַט קיין שום אַדרעס אין ביאַליסטאָק. שמוציקע פֿונעם לאַנגן וועג, מידע און הונגעריקע, זענען מיר אריַיַן אין אַן אַלטער הילצערנער שול. דער דיל, די בעטן און טישן, זענען געווען באַלייגט מיט פליטים. פֿאַר גאָלדען האָב איך קוים געפֿונען אַ פלאַץ אויף אַ טיש מיט דריַיַ פֿיס; מסתמא דערפֿאַר טאַקע איז ער נאָך נישט געווען פֿאַרנומען. גאָלדע האָט קונציק זיך אַוועקגעלייגט אויף אים אין אַ זיַיַט, כדי ער זאָל נישט אומפֿאַלן, און פֿון דער אַנדערער זיַיַט, אויף דער ערד, האָב איך זיך אויסגעצויגן – מיט דער אויסרעכענונג, אַז טאָמער בייגט זיך אויס דער לאָמער טיש, זאָל גאָלדע פֿאַלן אויף מיר. נישט געקוקט אויף דער קונציקער איַיַנריכטונג פֿון אונדזער געלעגער, און אויך אויפֿן טומל און גערויש אַרום, זענען מיר ביידע געשלאָפֿן ווי געהרגעטע. אין דער פֿרי, ווען מיר האָבן גענומען דאָס קליינע וואַליזקעלע און מיר זענען אַרויס אין דרויסן, אויף דער ליכטיקער שיַיַן, האָבן מיר נישט געפֿילט קיין גאַנצן אבר. וווּהין גייט מען? מיַיַן קאָפ האָט גענומען אַרבעטן. איך האָב זיך דערמאָנט, אַז אין ביאַליסטאָק האָט פֿאַר דער מלחמה געוווינט דער דיכטער זישע באַגיש. מע דאַרף זיך דערפֿרעגן אויף זיַיַן אַדרעס. איך האָב אָנגעהויבן זוכן צווישן די פֿאַרביַיַגייערס אַ מענטש, וואָס זאָל מער-ווייניקער זיַיַן אין שטאַנד צו ענטפֿערן אויף אַזאַ פֿראַגע. מיַיַן בליק איז געפֿאַלן אויף אַ בחור מיט אַ ליציפעט-היטל אויפֿן קאָפ און אין אַ קורטקע פֿון אַ דיקן געוואַנט, מיט אַ פֿוטערנעם קאָלנער. "זישע באַגיש? האָט ער כמעט אויסגעשריגן – דער שריַיַבער? ער אַרבעט דאָך אין "גאָראיספאָלקאָם"! – פֿון דעסטוועגן האָט ער אונדז געפֿירט אין באַגישעס פריוואַטער וווינונג. אויף אַ שמאָלן הויף, אַ געפֿלאַסטערטער מיט קרומע שטיינער, איז געשטאַנען אַן אָפגעקראָכענע, הילצערנע בודע. דאָס איז געווען די דירה פֿונעם דיכטער זישע באַגיש. זישע באַגיש איז נישט געווען אין שטוב. ער איז שוין געווען אויף זיַיַן אַרבעט אין "גאָריספאָלקאָם" (שטאָטישער אויספֿיר-קאָמיטעט, אַ מין שטאָט-פֿאַרוואַלטונג). נאָך דער "באַפֿריַיַונג" פֿון ביאַליסטאָק איז זישע באַגיש באַשטימט געוואָרן צו פֿאַרנעמען זיך מיט די פליטים, רעגיסטרירן זיי און אַרויסגעבן שפיַיַזטאַלאָנען אין די ביליקע קיכן. אויפֿגענומען האָט אונדז זיַיַן פֿרוי מיט אַן אמתער ייִדישער האַרצקיַיַט. קודם-כל האָט זי אונדז מכבד געווען מיט אַ הייסער גריץ און גרויסע פענעצן ביאַליסטאָקער ראָזעווע ברויט. גאָלדע האָט מיך כסדר דערמאָנט, אַז מ'דאַרף עסן פאַמעלעך, נישט שלינגען קיין שטיקער אויף ליידיקן מאָגן. דערוויַיַל האָבן מיר זיך פֿונאַנדערגעשמועסט. וואָס צו דערציילן איז געווען – און איך בין ניַיַגעריק געווען צו דערוויסן זיך ווי עס זעט אויס דער שטייגער אין דעם ניַיַעם, סאָוויעטישן ביאַליסטאָק, ווי אַזוי אָרדענען זיך איַיַן די פלטים, ווער פֿון די וואַרשעווער שריַיַבערס איז שוין דאָ, און וואָס טוט אייגנטלעך זישע באַגיש. און אָט איז אָנגעקומען באַגיש. ווען ער האָט אונדז דערזען, און די פֿרוי האָט אונדז פֿאָרגעשטעלט פֿאַר אים, איז ער געווען זייער גערירט און ער האָט נישט געוווּסט וואָס מיט אונדז צו טאָן. ער איז געקומען אויף מיטאָג. אָפגעגעסן, איז ער צוריק אַוועק צו דער אַרבעט. און זי, די פֿרוי באַגיש האָט גענומען וואַרעמען טעפ וואַסער. זי האָט אַוועקגעשטעלט אין קיך אַ גרויסע וועשבאָליע, און איידער זי איז אַרויסגעגאַנגען און פֿאַרמאַכט נאָך זיך די טיר האָט זי אַ זאָג געטאָן מיט אַ שמייכל: "וואַשט זיך, קינדער". אַזאַ תענוג פֿון וואַשן זיך האָבן מיר ווידער געהאַט אין אַן אָנדערהאַלבן יאָר אַרום – נאָך דער עוואַקואַציע פֿון ביאַליסטאָק, ווען מיר זענען אָנגעקומען אין קאָלכאָז אויפֿן נאָמען פֿון קיראָוון אין סאַראַטאָווער אָבלאַסט, נאָוואָ-אוזיענסקער ראַיאָן. מיר ביידע, איך און גאָלדע, האָבן זיך געחידושט וויפֿל שמוץ עס קען זיך האַלטן אויף אַ מענטש. די פֿרוי באַגיש האָט פֿריש איבערגעצויגן דאָס שלאָפֿצימער און געזאָגט אַז מיר קענען זיך לייגן אַ ביסל אָפרוען. מיר האָבן זיך נישט געלאָזט בעטן. מיר זענען אַריַיַן אין ציכטיקן בעט און באַלד דערנאָך – אין דעם זעלטענעם תענוג פֿון אַ טיפֿן שלאָף.
1טן סעפטעמבער. מיט 45 יאָר צוריק האָב איך איבערגעלעבט די ערשטע באָמבאַרדירונג אין אַ גרויסער, באַלאַגערטער שטאָט. ביַיַ יעדן אויפֿריַיַס האָט דאָס האַרץ אַ קלעם געטאָן, די טויבן אין די פֿענצטער-קאַרניזן האָבן זיך אַ הויב געטאָן אין אַ בהלדיקן אַנטלויף צו דעם הפקרדיקן לויטערן הימל. די אַלאַרם-סירענעס פֿלעגן אָנזאָגן יעדן אָנפֿאַל, און ווען ס'איז מיט אַ מאָל שטיל געוואָרן ווי אין אַן ערב-טויט דערוואַרטונג, האָט זיך אָנגעהויבן די דיַיַטשישע מאָרדאַרבעט. שרעק איז אפשר דאָס טיף-גרייכענדיקסטער געפֿיל ביַיַ יעדן לעבעדיקן באַשעפֿעניש, אָבער מע געוויינט זיך צו אויך צו דעם. אויך איצט זענען מיר עדים פֿון דעם, ווי מענטשן לעבן דאָס איבער טאָג און נאַכט אָן אויפֿהער, גאָרנישט וויַיַט פֿון אונדז – אין לבנון. דאָרט איז דאָס אַ בירגערקריג צווישן די גלויבנס, פֿעלקערשאַפֿטן און סעקטעס. דאָך, פֿון ציַיַט צו ציַיַט טרעפֿט אויך אַז אונדזערע פֿליערס און עראָפלאַנען מיט ישראל-עמבלעמען זאָלן זיך באַטייליקן דערין. דאָס געשעט נאָך אַן אָנפֿאַל פֿון אַראַבישע טעראָריסטן אויף אונדזערע מענטשן. צי איז דאָס אַן אָפשרעק-מיטל אָדער אַן אָפצאָל – אָבער אַ באָמבע, און אפילו אַ קויל האָט אַ טבע צו טרעפֿן אַ מאָל "דערנעבן" און עס ווערן דערהרגעט אומשולדיקע מענטשן. דער עיקר – די שרעק פֿון דער "ציוויל באַפֿעלקערונג" איז ברייטער און וואָגיקער ווי די אַזוי-גערופֿענע "פֿאַרבינטע שטראָף" פֿאַר די טעראָריסטן. אָט דער פחד וועט קיין מאָל נישט אָפגיין פֿון די נשמות. [ווען איך הער וועגן דעם אין ראַדיאָ, דערמאָן איך זיך יענעם סעפטעמבער פֿון יאָר 1939, און איך שטעל זיך פֿאָר די גאַנץ רעאַלע מעגלעכקיַיַט אַז אין איינעם פֿון אונדזערע באָמבאַרדיר-עראָפלאַנען זיצט איצט אַ זון פֿון אַן איבערגעשראָקענעם וואַרשעווער בירגער מיט 45 יאָר צוריק. איצט איז דער זון אַ מוטיקער, יונגער פֿליער, אַ העלד. זיַיַנע עלטערן האָבן אפשר זיך געראַטעוועט פֿון די היטלעריסטן, פֿון געטאָ. און אפשר נישט. און וועגן אים, דעם זון מעלדט מען אָפֿט אַז ער איז צוזאַמען מיט זיַיַן עראָפלאַן צוריקגעקומען בשלום נאָכן אויספֿירן די אויפֿגאַבע. – – ] אָבער איך דאַרף זיך אומקערן קיין ביאַליסטאָק. ביַיַ זישע באַגישן זענען מיר געבליבן אַ קורצע ציַיַט. די דירה זיַיַנע איז געווען אַ קליינע. דערוויַיַל האָב איך אָנגעהויבן אַרבעטן אין דער ניַיַ-געשאַפֿענער סאָוויעטישער ייִדישער ציַיַטונג "ביאַליסטאָקער שטערן" ווי דער ליטעראַטור-רעדאַקטאָר. איידער מיר ביידע, איך און זישע באַגיש, זענען אַרויס צו אונדזערע אַרבעטן, פֿלעגט די פֿרוי באַגיש אָנשניַיַדן גרויסע מוציאס ברויט און זיי באַשמירן מיט פאָווידלע: צוויי פאָרציעס, פונקט די זעלבע – איינע פֿאַר זישען און די צווייטע פֿאַר מיר. דער "ביאַליסטאָקער שטערן". אין אַ קאַלטן ביאַליסטאָקער פֿרימאָרגן האָט מען מיך אַרויסגערופֿן ערגעץ אין אַ הילצערן היַיַזל. דער מענטש וואָס האָט מיך אויפֿגענומען, האָט מיך אַ ביסל אָפגעשראָקן מיט זיַיַנע טונקעלע דורכדרינגענדיקע אויגן און מיט זיַיַן שנעלן, ענערגישן אופן פֿון רעדן. איך האָב אים דעמאָלט געזען דעם ערשטן מאָל. דאָס איז געווען הערש סמאָליאַר. ער איז ערשט געהאַט געקומען קיין ביאַליסטאָק, אַ נאָר וואָס באַפֿריַיַטער פֿון טורמע. [ווי איך האָב שוין אויבן דערציילט, הערש סמאָליאַר איז געווען אַ מענטש מיט אַ רייפער סאָוויעטישער דערפֿאַרונג, ער האָט געקענט זייערע געשריבענע און נישט-געשריבענע געזעצן.] אים האָט מען געגעבן דעם אויפֿגאַב צו פֿאַרלייגן די סאָוויעטישע ייִדישע ציַיַטונג אין ביאַליסטאָק. אונדזער ערשטע באַגעגעניש איז געווען זייער אַ קורצע. הערש סמאָליאַר האָט גערעדט צו מיר מיט קורצע פֿראַזן: "איר וועט זיַיַן דער ליטעראַרישער רעדאַקטאָר. פֿאַראַן אַ ביסל מאַטעריאַל. גיט אַריַיַן אַייערס אַ ליד. אַ אַקטועלס. איר האָט שוין זיכער עפעס אָנגעשריבן". בדחילו ורחימו האָב איך זיך גענומען צו מיַיַן ערשטער אַרבעט אין אַ סאָוויעטישער, ייִדישער ציַיַטונג. רעדאַקטירן אַ ליטעראַרישן מאַטעריאַל איז פֿאַר מיר נישט געווען קיין אַבסאָלוט ניַיַע זאַך. איך האָב דאָס שוין געטאָן אין דער "ליטעראַרישע טריבונע" און וואַרשע, אין "פאַריזער זשורנאַל" אין פאַריז. אָבער זיַיַן דער ליטעראַרישער רעדאַקטאָר פֿון אַ סאָוויעטישער ציַיַטונג? – וועגן דעם האָב איך אַ מאָל אפילו נישט געחלומט! איך האָב צונויפֿגענומען דאָס ביסל מאַטעריאַל, אויסרעדאַקטירט און אויסגערייניקט, צוגעגעבן דערצו דאָס ערשטע ליד וואָס איך האָב אָנגעשריבן אין ביאַליסטאָק.
ליגט דער האָריזאָנט אין גרויעם קלעם און אַ נעפל דעקט די פֿעלדער צו. אין דער וויַיַטקיַיַט גיי איך און פֿאַרנעם, און זאַפ אַריַיַן אין זיך די בלויכע רו.
אויף די וויעס קלעפט נאָך אַלץ דער שטויב, אויף מיַיַן פנים בלויט די נישרף-פֿאַרב, און דער רוים איז נאָך פֿון רויש פֿאַרטויבט, און די לופֿט איז טרויעריק און האַרב.
אין מיַיַן היימשטאָט ברענט דער לעצטער שיַיַטער איבער חורבות שפאַנט מיַיַן מוטער שטום. – דאָ, אנקעגן מיר, אַ רויטער ריַיַטער נעמט מיט זיַיַן גאַלאָפ די ערד אַרום.
דאָס ליד געפֿינט זיך אין מיַיַן ערשטן סאָוויעטישן בוך, אַרויס אין מינסק אין יאָר 1940. דערוויַיַל איז געשען אַזוי, אַז כ'האָב זיך געטראָפֿן מיט זישע באַגישן, און ער האָט מיר געגעבן זיַיַנס אַ ליד פֿאַר דער ליטעראַרישער זיַיַט פֿונעם "ביאַליסטאָקער שטערן". איך האָב געהאַלטן, אַז ס'וועט זיַיַן שענער, אויב די ערשטע ליטעראַרישע זיַיַט וועט אַרויס ניט מיטן ליד פֿונעם ליטעראַרישן רעדאַקטאָר. כ'בין שנעל אַוועק אין דער דרוקעריַיַ פֿון דער ציַיַטונג, כ'האָב אַוועקגעגעבן באַגישס ליד דעם לינאָטיפיסט, און אָנגעזאָגט דעם מעטראָנפאַזש, אַז אויף דער ליטעראַרישער זיַיַט זאָל ער אַריַיַנגעבן נישט מיַיַן ליד, נאָר זישע באַגישס. אַז כ'בין אין אָוונט געקומען קאָנטראָלירן די זיַיַט פֿאַרן דרוקן, האָט מען מיר איבערגעגעבן, אַז איך דאַרף תיכף אַריַיַנגיין צו סמאָליאַרן. [ווי נאָר כ'בין אַריַיַן אין זיַיַן צימער, ער איז מיך באַפֿאַלן מיט אַ רוגז: "ווער האָט איַיַך דערלויבט אַרויסצונעמען איַיַער ליד?] ער האָט געהאַט אַ טענה, פֿאַר וואָס איך האָב אַרויסגענומען מיַיַן ליד און אַריַיַנגעגעבן אַנשטאָט דעם – אַ ליד פֿון זישע באַגיש. ס'האָט נישט געהאָלפֿן מיַיַן פֿאַרענטפֿערן זיך, אַז ס'איז נישט שיין, דער ליטעראַרישער רעדאַקטאָר זאָל אָנהייבן מיטן דרוקן זיַיַנע אייגענע לידער. מ'האָט אַרויסגענומען באַגישס ליד און אַריַיַנגעגעבן מיַיַנס. מיַיַן קַריערע ווי ליטעראַרישער רעדאַקטאָר פֿון "ביאַליסטאָקער שטערן" האָב איך סיַיַ ווי נישט געענדיקט בשלום. אין איינעם אַ פֿראָסטיקן פֿאָרמיטאָג האָט מען מיך אַריַיַנגערופֿן אין צימער פֿונעם הויפט-רעדאַקטאָר. דעם אַמט האָט דעמאָלט שוין פֿאַרנומען אַ סאָוויעטישער "וותיק" און נישט קיין "פוילישער" – זיַיַן פֿאַמיליע-נאָמען איז געווען שולמאַן. אויף דעם פאָסטן האָט מען אים אָפקאָמאַנדירט פֿון דער וויַיַסרוסישער הויפטשטאָט מינסק. ווען איך בין אַריַיַן אין קאַבינעט פֿונעם הויפט-רעדאָקטור, איז שולמאַן געזעסן אויבן אָן, ביַיַם שריַיַבטיש, אין אַ זיַיַט – הערש סמאָליאַר. שולמאַן האָט מיר געמאָלדן קורץ, לאַקאָניש און שאַרף – אָן מאָטיוון, אין אַ סאָוויעטיש-ביוראָקראַטישער שפראַך: "כ'האָב אָפגעגעבן אַ פריקאַז, אַז דו ווערסט אָפגעזאָגט פֿון דער אַרבעט". כ'בין אַרויס פֿון דעם צימער אָן צו זאָגן אַ וואָרט, און כ'האָב זיך צוריקגעזעצט ביַיַ מיַיַן טישל, כדי צו פֿאַרענדיקן די אָנגעהויבענע רעדאַקציע-אַרבעט. איך בין אָבער נישט פֿעיִק געווען עפעס צו טאָן. וואָס איז געשען? פֿאַר וואָס זאָגט מען מיך אָפ אויף אַזאַ אופן? מע גיט מיר נישט אָן די סיבה – פשוט, מע וואַרפֿט מיך אַרויס. בער מאַרק און דוד ספֿאַרד האָבן געאַרבעט ביַיַ איין טיש, קעגן איבער מיר. זיי האָבן דערזען מיַיַן מצב, דערקענט עפעס אויף מיַיַו פנים. כ'האָב זיי דערציילט וואָס מען האָט נאָר וואָס אָפגעטאָן מיט מיר. די ביידע חברים האָבן זיך אויפֿגערעגט. בער מאַרק האָט געשריגן אַז מע דאַרף דערקלערן אַ שטריַיַק פֿון אַלע מיטאַרבעטערס. ער האָט פֿאַרגעסן, אַז דאָ איז נישט "דער מאָמענט" אין וואַרשע. דאָ שטריַיַקט מען נישט.
2טן סעפטעמבער 1984. היַיַנט האָט רוני, דאָס ייִנגערער אייניקל מיַיַנס, אָנגעהויבן גיין אין שול. אין זיַיַן עלטער בין איך שוין געגאַנגען אין פראַגע, צו יאַנקעלע "דעם קניַיַפער" (אַזוי האָט מען אים גערופֿן, וויַיַל ער האָט געהאַט אַ טבע צו קניַיַפן די תלמידים) און געלערנט חומש. איך און דאַסעלע האָבן דורכן טעלעפֿאָן באַגריסט דינהלען. בעתן שמועס מיט איר האָב איך זיך דערמאָנט ווי מיט 40 יאָר צוריק האָב איך זי אַוועקגעפֿירט אין אַ קינדערהיים אין זאַגאָרסק, אַ זעכציק קילאָמעטער פֿון מאָסקווע. דאָרט האָט זי געזאָלט בליַיַבן. דינהלה איז אַלט געווען צוויי יאָר. איך האָב זיך נישט געקענט קיין עצה געבן מיט איר אין דער וויַיַסרוסישער "צוזאַמענוווינונג". מיט פרץ מאַרקישס הילף האָב איך זיך דערשלאָגן צו דער ליַיַטערין פֿון אַלע קינדערהיימן, און זי טאַקע האָט מיך געשיקט אין יענער קינדערהיים אין זאַגאָרסק אַז מע זאָל דאָרט אָננעמען דינהלען. מ'האָט זי אָבער נישט צוגענומען, וויַיַל אין יענעם הויז איז נישט געווען קיין גרופע פֿון אַזאַ יונגן עלטער. דאָס מיידעלע איז די גאַנצע ציַיַט געווען איבערגעשראָקן און נישט געוואָלט עסן די קיכעלעך וואָס מ'האָט איר געגעבן. זי האָט מורא געהאַט אַז איך וועל זי איבערלאָזן צווישן די פֿרעמדע מענטשן און אַוועקגיין פֿון איר. ווען די ליַיַטערין פֿונעם הויז האָט זיך אָנגעהויבן געזעגענען מיט אונדז, איז זי געוואָרן פֿריילעך. איך האָב זי געטראָגן אויפֿן לאַנגן וועג צוריק צו דער באַנסטאַציע, און זי האָט נישט אויפֿגעהערט איבערצוחזרן מיט גרויס גדולה די רוסישע ווערטער ( דאָס איז דעמאָלט געווען איר שפראַך, איר ערשטע שפראַך): "טיאָטיאַ סקאַזאַלאַ דאָסווידאַניאַ" (די מומע האָט געזאָגט אַגוטן טאָג). מיַיַן מיידעלע איז אָבער מיט דעם נישט געראַטעוועט געוואָרן פֿונעם צעשיידן זיך מיט מיר – נאָך דעם ווי זי האָט מיט צוויי נאָר פֿריִער נאָך געמוזט זיך צעשיידן מיט דער מאַמען. סוף כל סוף איז מיר, טאַקע מיט מאַרקישס הילף, געלונגען צו באַקומען פֿאַר איר אַ פלאַץ אין אַ קינדערהיים אין מאָסקווע. איך האָב זי אַהין אַוועקגעפֿירט און ווען מ'האָט איר גענומען אויסטאָן די שטוביקע מלבושים, האָט זי אָנגעהויבן וויינען און שריַיַען. שנעל האָב איך גענומען דאָס פעקעלע מלבושים און כמעט ווי אַנטלאָפֿן, אָבער אויף דער גאַס האָב איך נאָך געהערט אירע געוואַלטן. ביז איצט דוכט זיך מיר, אַז די שווערסטע זאַכן פֿאַר מיר זענען אין מיַיַן לעבן געווען די מאָמענטן פֿון צעשיידן זיך: צווישן גאָלדען און מיר – בעת זי פֿלעגט אַוועקגיין אין די שפיטאָלן אָדער סאַנאַטאָריעס, און צווישן דעם קינד און מיר – ווען איך האָב זי איבערגעלאָזן אין אַ קינדערהיים, צווישן פֿרעמדע פֿרויען און קינדער. די אָ סצענעס פֿלעגן זיך אָפֿט איבערחזרן אין אַלמאַ-אַטאַ און מאָסקווע, זינט גאָלדע איז קראַנק געוואָרן און געמוזט ווערן איזאָלירט פֿון מיר און פֿון דינהלען. און דאָס וואָס די צעשיידונג מיט גאָלדען איז כמעט שטענדיק פֿאָרגעקומען אָן געשריי און געוויין, האָט אין גאַנצן נישט ליַיַכטער געמאַכט. אין דער שטילקיַיַט איז דאָס דריקעניש אין האַלדז נאָך ענגער געוואָרן. דאָס איז געווען סוף יאָר 1944. די סיטואַציע אויף די פֿראָנטן איז אַ סך בעסער געווען פֿאַר דער סאָוויעטישער אַרמיי. די ייִדן אין ראַטן-פֿאַרבאַנד האָבן אָנגעהויבן גלייבן, אַז די נאַציס דערנענטערן זיך צו זייער מפלה. צוזאַמען אָבער מיט די נצחונות פֿון דער סאָוויעטישער אַרמיי אויף די פֿראָנטן, מיטן באַפֿריַיַען גרויסע שטחים פֿון די אָקופירטע געביטן, האָבן אָנגעהויבן אָנצוקומען גענויערע ידיעות וועגן דעם פֿאַרנעם פֿון אונדזער חורבן. ביַיַ די פוילישע ייִדן, די צווייפֿאַכיקע פליטים אין רוסלאַנד, איז דאָס אַלגעמיַיַנער אומגליק געווען פֿאַרטאָפלט פֿון די אייגענע צרות. די ייִדישע פאָעטן וואָס האָבן דעמאָלט געלעבט אין מאָסקווע האָבן געגעבן אַן אויסדרוק פֿאַרן חורבן אין זייערע לידער. צום שטאַרקסטן האָבן דאָס געטאָן די געפרוּווטע און געשטראָפֿטע פֿאָרשטייערס פֿון די פוילישע ייִדן, די דיכטער וואָס זענען געקומען פֿון ווילנע און פֿון וואַרשע. זייער וואָרט האָט נאָך נישט געהאַט אויף זיך דעם זשאַווער פֿון אומבאַוועגלעכקיַיַט. דער צאָרן האָט געשריגן פֿון דעם לשון מיט אַ נביאישער קראַפֿט. אַזעלכע קינות האָט מען זינט דעם חורבן בית-המקדש נישט געהערט. אָבער אפילו אין די שאַפֿונגען פֿון די סאָוויעטישע ייִדישע פאָעטן האָט דער ווייטיק זיך אַדורכגעריסן און זיך באַפֿריַיַט פֿון דער פֿאַרשפאַרטקיַיַט, און קיין שום צענזאָר האָט אים נישט געקענט אין גאַנצן אָפשטעלן. – – דער ערשטער אין דער חברותא פֿון די סאָוויעטישע פאָעטן איז געווען, און איז אויך געבליבן בעתן חורבן, פרץ מאַרקיש. אין מיַיַן לעבן איז ער אַדורך ווי אַ מעטעאָר, און איך האָב ווי אַן אוצר פֿאַרהיט יעדע מינוט וואָס איך האָב מיט אים פֿאַרבראַכט. צום ערשן מאָל האָב איך אים דערזען אין מיַיַן יוגנט, אויף טלאָמאַצקע 13 אין וואַרשע. לעבן דער טריבונע אין ייִדישן ליטעראַטן-פֿאַריַיַן איז געווען אַ צימערל פֿאַר די רעדנערס און אַקטיאָרן וואָס האָבן געדאַרפֿט אַרויסטרעטן. איין מאָל בין איך געזעסן אין זאַל אויף אַ ליטעראַרישן אָוונט און איך האָב דערזען ווי פֿון יענעם צימערל איז אַרויסגעשפרונגען דער יונגער קוטשעראַווער פרץ מאַרקיש – גליַיַך איוף דער טריבונע. ער איז נאָר וואָס געהאַט געקומען פֿון זיַיַנעם אַן אַרומפֿאָר איבער דער פראָווינץ, און די ייִדישע שטעטלעך. וואָס ער האָט געטאָן אויף דעם טורניי – געדענק איך שוין נישט. אפשר האָט ער פֿאַר די קליינשטעטלדיקע בחורים און מיידלעך גערעדט וועגן בלאָך און מאַיאַקאָווסקי; אפשר גאָר האָט ער דאָרט געלייענט זיַיַנע אייגענע לידער, וואָס נישט קיין סך פֿון זיַיַן עולם האָט זיי פֿאַרשטאַנען, אָבער זיי האָבן געווירקט מאַגיש, וויַיַל פרץ מאַרקיש אַליין האָט זיי רעציטירט. ובכן, ער איז אַרויפֿגעשפרונגען אויף דער טריבונע, גענומען אימפראָוויזירן און דערציילט מעשיות וועגן זיַיַן ריַיַזע איבער די שטעטלעך. און אויב אפילו נישט אַלץ איז געווען געשעענע פֿאַקטן, זענען די דערציילונגען אין זיַיַן תוך געווען אמתדיק און עכט, וויַיַל זיי האָבן אָפגעגעבן די גאַנצע אויפֿגערודערטקיַיַט פֿונעם דעמאָלטיקן ייִדישן לעבן אין פוילן, אין דער העלפֿט פֿון די צוואַנציקער יאָרן. די פֿאַרזאַמלטע, מייסטנס יוגנטלעכע, האָבן אים געהערט מיט אַ פֿאַרכאַפטן אָטעם און זיך געקאַטשעט פֿון געלעכטער. פרץ מאַרקיש איז דעמאָלט נאָך נישט געווען פֿון די געלייענטסטע ייִדישע פאָעטן אין פוילן. זיַיַן מאַסן-ליינער האָט ער דאָרט געקריגן ווען ער איז שוין געווען אין מאָסקווע און קיין וואַרשע איז אָנגעקומען זיַיַן ערשטע גרויסע, אימפעטדיקע פאָעמע "ברידער". זיַיַנע ערשטע לידער פֿון די צוואַנציקער יאָרן האָט דער לייענער קנאַפ פֿאַרשטאַנען. [דער פאָפולערסטער ייִדישער שריַיַבער אין פוילן איז דעמאָלט געווען – אויך מיט זיַיַנע לידער – ז. סעגאַלאָוויטש.] אָבער נישט געקוקט דערויף איז מאַרקישס השפעה אויף דער ייִדישער יוגנט געווען די שטאַרקסטע. דאָס באַוויַיַזט אַן איבעריק מאָל, אַז די ווירקונג פֿון אַ פאָעטישער פערזענלעכקיַיַט מוז נישט זיַיַן אין דער גליַיַכער פראָפאָרציע צו זיַיַן געליינקיַיַט. די פאָעמעס פֿון ז. סעגאַלאָוויטש און מ. באָריישאָ האָט מען דעמאָלט אַ סך מער געלייענט ווי מאַרקישס "קופע" אָדער "ראַדיאָ", אָבער דער ווער האָט נאָר צעקיַיַט עטלעכע שורות פֿון זיַיַנע לידער, איז שוין געבליבן אונטערן צויבער פֿונעם יונגן פאָעט. – – פרץ מאַרקיש האָט זיך אין יאָר 1917 פראָקלאַמירט פֿאַרן דיכטער פֿונעם "נישטיקן אַ צינד". דער גורל האָט געוואָלט אַז ער זאָל ווערן דער נביא פֿון זיַיַן טראַגישער צוקונפֿט. איינס פֿון זיַיַנע לידער הייבט ער אָן און ענדיקט מיט אָט די צוויי שורות: איך האָב נאָך בלוט! און כ'בין עס עמעצן נאָך שולדיק! מע מיינט עס שוין! מע מאָנט! איך ווייס נישט פֿריִער – וועמען? ווער עס האָט אים געקענט, געדענקט זיַיַן מויל. זיַיַן סענסיטיוו, לייבנשאַפֿטליך מויל, מיט די איידל-מאָדולירטע ליפן, האָט אויסגעדריקט פֿאַרוווּנדערונג און ווייטיק. דאָס מויל איז געווען זיַיַן חתימה. איצט, ווען מיר ווייסן וואָס מיט אים איז געשען, דערמאָנט זיַיַן מויל אין אַ וווּנד. איצט טראַכט איך, אַז אויף אַלץ, צו וואָס ער האָט זיך צוגערירט, איז געבליבן דער רויטער אָפדרוק פֿון זיַיַנע ליפן. דאָס איז זיַיַן נשיקה, פרץ מאַרקישס ליד. אין אַ ווינטערטאָג פֿון יאָר 1945 בין איך אריַיַנגעקומען צו אים. ווי תמיד, האָט ער ביַיַם עפֿענען פֿאַר מיר די טיר, איבערגעריסן זיַיַן אַרבעט ביַיַ דער שריַיַבמאַשין. פרץ מאַרקיש איז געווען פראָדוקטיוו און ער האָט געשריבן יעדן טאָג. ווען כ'בין אריַיַן אין זיַיַן צימער, האָט ער גענומען איינס פֿון די נאָר וואָס אָנגעשריבענע בלעטלעך און אָנגעהויבן פֿאַר מיר לייענען. דאָס איז געווען אַ פֿראַגמענט פֿון דער פאָעמע "מלחמה". ווען דאָס בוך איז אַרויס און איך האָב עס באַקומען שוין אין וואַרשע, האָב איך ביַיַם לייענען דעם פֿראַגמענט זיך דערמאָנט זיַיַן מויל און זיַיַן שטימע: גוט-שבת, יידן, אויסגעקוילעטע אין יעדער שטאָט און לעבעדיקערהייט געוואָרפֿענע אין ריוון: ווען זאָל זיַיַן ערגעץ אין דער וועלט אַ שטיקל גאָט, וואָלט ער אַליין באַדאַרפֿט זיך אויף די קברים זעצן שבעה! אין יענע לאַנגע אָוונטן פֿלעג איך זייער אָפֿט בליַיַבן אליין אין דער "צוזאַמענוווינונג". ביַיַם קליינעם טישל בין איך געזעסן און פֿאַרשריבן מיט ייִדישע אותיות די געוויינען, די געשריַיַען און די דראָנגען פֿון מיַיַן דור. אין קאָפ זענען מיר נישט געלעגן קיין טעאָריעס און ליטעראַרישע פֿאָרטלעך, איך האָב אָבער פֿריַיַ געלאָזן אַלע וועגן וואָס פֿירן צום בלוט, צום האַרץ צו די טרערן. שפעטער האָב איך דאָס געטאָן אין דער מאָסקווער לענין-ביבליאָטעק. קיין אַנדער אָרט וווּ צו שריַיַבן האָב איך נישט געהאַט. פֿון ציַיַט צו ציַיַט פֿלעגט אַריַיַנפֿאַלן דער יונגער סקולפטאָר נתן ראַפאָפאָרט. וועגן וואָס מיר זאָלן נישט רעדן, איז ער אַרויפֿגעקומען אויפֿן אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ. ער האָט רויִק נישט געקענט רעדן וועגן דעם, ווי ער וואָלט זיך געוואָרגן מיט די רייד. אין זיַיַן היצן זיך איז ער מיר געווען נאָענט. ער האָט מיך געבעטן איך זאָל אים לייענען מיַיַנע לידער וועגן חורבן. איך האָב עס גערן געטאָן. אַזאַ צוהערער האָב איך מער קיין מאָל שוין נישט געהאַט. בעתן הערן פֿלעגט ער שנעל און נערוועז צייכענען זיַיַנע סקיצן. איין מאָל האָט ער שאַרף און קורץ דערקלערט: "אויב אין וואַרשע וועט שטיין אַ דענקמאָל פֿאַר די אויפֿשטענדלערס פֿון וואַרשעווער געטאָ – וועל איך זיַיַן דער פרויעקטירער און אויספֿירער"! איך האָב אים געגלייבט. און ער האָט דאָס אויסגעפֿירט.
3טן סעפטעמבער. היַיַנט איז הדסהס געבוירן-טאָג. נעכטן האָב איך איר געקויפֿט די מתנה – אַ שיין פֿינגערל. פֿריִער האָט דינהלה געבראַכט בלומען און אויך אַ פֿלאַש שאַמפאַניע. די בלומען זענען פרעכטיקע און די שטימונג איז אַ גוטע. נאָך אַ לאַנגן איבערריַיַס האָט סוצקעווער אָנגעקלונגען. ווי שטענדיק, האָט ער זיך געוווּנדערט "פֿאַר וואָס מע הערט נישט פֿון דיר". כ'האָב זיך נישט געוואָלט אריַיַנלאָזן אין פֿאָרוווּרפֿן און פֿאַרענטפֿערס. [איך שטויס זיך אָן אין דער סיבה פֿון זיַיַן שוויַיַגן. ער איז בייז געווען פֿאַר וואָס איך האָב זיך נישט באַטייליקט אין קיין איינעם פֿון די פֿיַיַערונגען לכבוד זיַיַנע 70 יאָר. איך בין אויך נישט געווען אויף דער צערעמאָניע פֿון זיַיַן אָפנעמען דעם לעצטן פריז וואָס ער האָט באַקומען. איך קען מער נישט גיין אויף אַזעלכע אונטערנעמונגען. אויב אפילו אַ סך פֿון די שבחים זענען באַרעכטיקט, ווירקן אויף מיר די סיבות פֿאַר וואָס די מענטשן זאָגן זיי, וואָס זיי זענען אויסן דערמיט. צו סוצקעווערן וועט מיר מסתמא נאָך אויסקומען זיך אומצוקערן. ער האָט מער שייכות צו מיַיַן טאָגבוך פֿון היַיַנט איידער צו מיַיַן "טאָגבוך אויף צוריק". ער וויל מיר אָפֿט וויַיַזן זיַיַן כוח, און צום מערסטן פֿאַרדריסט אים וואָס איך בליַיַב גליַיַכגילטיק. די שולד איז נישט מיַיַנע, אפשר אויך נישט זיַיַנע. מיר ווייסן, אַז נישט בלויז דער וועג פֿון פאָעזיע, נאָר אויך פֿון פאָעט, איז נישט קיין ליַיַכטער. איין זאַך איז פֿאַר מיר קלאָר, אַז אַן אמתער פאָעט איז נישט מקנא קיין אַנדערן פאָעט, נישט אין זיַיַנע שאַפֿונגען, נישט אין זיַיַן רום. איך גלייב נישט אַז "קנאת סופרים מרבה חכמה". קיין איין גוט ליד איז נאָך צוליב דער "חכמה" נישט אָנגעשריבן געוואָרן.] מיר האָבן אָפגעשמועסט זיך צו באַגעגענען אין דער פראַנצייזישער קאַפֿע. באַלד דערנאָך האָט טעלעפֿאָנירט שמשון מעלצער. ער איז אונדזערס אַ שכן פֿון איבער דער גאַס. ער מאַכט מיר אָפֿט קאָמפלימענטן און פֿאַרענטפֿערט זיך פֿאַר וואָס ער זעצט נישט איבער מיַיַנע לידער אויף עברית. "אייערע לידער, זאָגט ער, זענען [אַזוי גוט, אַז ס'איז זיי], כמעט אוממעגלעך איבערצוזעצן". דעם אמת געזאָגט, בין איך קיין מאָל נישט געווען להוט צו קיין איבערזעצונגען. זיי האָבן מיך קיין מאָל נישט צופֿרידנגעשטעלט, אין קיין שום שפראַך נישט. וואָס האָט מעלצער דאָס מאָל געוואָלט? ער האָט מיר דערציילט, אַז אין "דבר" איז פֿאַראַן אַ נאָטיץ וועגן אַ ייִדישער פאָעזיע-אַנטאָלאָגיע וואָס איז אַרויס אין וואַרשע, אַז אויך מיַיַן מאָמען איז דאָ צווישן די באַטייליקטע. איך האָב אים געדאַנקט און דערציילט אַז די אַנטאָלאָגיע האָב איך שוין באַקומען, און אַז דאָס איז אַ שלעכט, פֿאַרעלטערט, נישט-איַיַנגעגעבן ווערק, סיַיַ פֿון שטאַנדפונקט פֿון די איבערזעצונגען, סיַיַ פֿונעם אויסערליך-עסטעטישן. דאָס בוך איז געדרוקט אויפֿן ערגסטן ציַיַטונג-פאַפיר, מיט אַ שריפֿט וואָס איז שווער צום לייענען. איך קען נישט קיין פאָעזיע-בוך אין פוילן וואָס זאָל האָבן אַרויסגעגעבן אַזוי מיאוס. אַחוץ דעם זענען צווישן מיַיַנע לידער אין דער אַנטאָלאָגיע נישט אַריַיַן קיין איינס פֿון די וואָס כ'האָב אָפגעדרוקט אין משך פֿון די 25 יאָר זינט איך לעב אין ישראל. בעתן שמועס, האָט ער מיר דרך-אגב אַ זאָג געטאָן, אַז ס'איז שוין באַלד ראש השנה, אַז אין די ימים-נוראים דאַוונט ער אין דער שול אויף מיַיַן גאַס, און אויב איך וויל, איז ער גרייט זיך מטפל צו זיַיַן, אַז אויך איך זאָל דאָרט באַקומען אַ מקום-קבוע, אָדער ווי מ'האָט עס ביַיַ אונדז גערופֿן – אַ "שטאָט". איך האָב זיך אַרויסגעדרייט און צוגעזאָגט צו טראַכטן וועגן דעם. דער אמת איז אַז איך פֿאַרטראָג נישט די אַטמאָספֿער פֿון אַ שול. איך בין אַ מתפלל ביחידות און נישט בציבור. צום סוף האָט צו מיר געקלונגען אַ פֿרוי פֿון דער ייִדישער ראַדיאָ-אוידיציע און איבערגעגעבן, אַז נעכטן אין אָוונט האָט מען אָפגעגעבן די האַלבע שעה דעם אויסבראָך פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה און דער באָמבאַרדירונג פֿון וואַרשע. די אוידיציע האָט מען געעפֿנט מיט מיַיַנס אַ ליד אויף דער טעמע. בין איך ווידער אריַיַן אין דעם קריַיַז, פֿון וועלכן איך גיי נישט אַרויס שוין 45 יאָר און אַזוי אַרום ווערט אויך דער היַיַנטיקער טאָג אָנגעבונדן צו מיַיַן "טאָגבוך אויף צוריק". 45 יאָר לעב איך שוין זינט דעם אויסברוך פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה, פֿון זיי – 27 יאָר אין ישראל. ועוד היד נטויה! איך האָב נאָך אַרבעט אויף אַ סך יאָרן, איז ווער וועט מיר שטערן די אַרבעט צו ענדיקן? און ענדיקן מוז מען, מע קען דאָך נישט אַוועק אין מיטן. איך בין נישט אַזאַ וואָס זאָל אַלץ לאָזן שטיין. איך בין נישט גורס אַז "לא עליך המלאכה לגמור". אָן דעם "לא" קלינגט דאָס בעסער.
5טן סעפטעמבער. דריַיַ וואָכן איז געבליבן ביז ראש השנה. 28 יאָר וועט ווערן זינט מיר זענען געקומען אַהער אויף אונדזער ערשט באַזוך – צו הדסהס עלטערן. די קנאַפע דריַיַ צענדליק יאָר זענען שנעל אַדורך, אפשר דערפֿאַר, וויַיַל אין פֿאַרגליַיַך מיט די פֿריִערדיקע יאָרן האָבן מיר ווייניקער געליטן. נישט געקוקט אויף די דריַיַ מלחמות וואָס מיר האָבן דאָ געהאַט אין משך פֿון דער ציַיַט, זענען מיר נישט אַדורכגעגאַנגען אַזעלכע צרות ווי אין די פֿריִערדיקע יאָרן. די מלחמות דאָ זענען ענלעך צו די היגע שטורמעס – זיי קומען אומגעריכט און ענדיקן זיך שנעל. צום ערשטן מאָל וווינען מיר אויף איין פלאַץ – אין זעלבן לאַנד, אין דער זעלבער שטאָט, און אין זעלבן הויז. דאַרף מען נאָך אַ בעסער באַוויַיַז פֿון סטאַבילקיַיַט? נישט געקוקט אויף די דערשיינונגען דאָ וואָס זענען אונדז דערווידער, קומען זיי אָבער נישט צו יענע ליַיַדן אין דער פֿרעמד, צווישן די גוייִם. יענעם אומאויפֿהערלעכן דרוק האָבן מיר נישט אויפֿגעהערט צו פֿילן. ער האָט אונדז נישט אָפגעלאָזט אויך ווען מיר האָבן אין אים פֿאַרגעסן. אָן אויפֿהער האָט עס געלעבט אין אונטער-באַוווּסטזיַיַן און געקלאַפט אין מוח: "דו ביסט אַנדערש, ביסט אַ פֿרעמדער, ביסט אַ ייִד". הדסה האָט געלערנט אין פוילישע טעאַטער-שולן און דערנאָך געשפילט אין פוילישע מעלוכה-טעאַטערס; איך האָב אַרויסגעגעבן ביכער, געוואָרן באַלוינט מיט דער הייכער אויסצייכענונג "אָרדען פֿון קאַוואַלערן-קריַיַץ פֿון פוילנס ווידערגעבורט". מיר האָבן נישט געפֿילט קיין מאַטעריעלן קוועל, מיר האָבן געוווינט אין אַ ברווחדיקער דירה, אין שטוב איז תמיד געווען אַ הויז-דינערין, עטלעכע מאָל אין יאָר זענען מיר אַרויסגעפֿאָרן אויף אָפרו. און דאָך, מיר זענען כסדר געווען אין שפאַנונג – נישט בלויז צוליב דער אָנגעשטרענגטער פאָליטישער סיטואַציע אין די לעצטע יאָרן פֿון סטאַלינס הערשאַפֿט, בעת דער "קאַלטער" מלחמה, ווען ס'האָט זיך צעפֿלאַקערט דער קאָמוניסטישער אַנטיסעמיטיזם. אַרום אונדז האָבן זיך נאָך געפֿילט די אויסדאַמפֿונגען פֿונעם היטלעריזם. גייענדיק איבער די וואַרשעווער גאַסן האָב איך נאָך געפֿילט הינטער זיך די שאָטנס פֿון די פוילישע ""שמאַלצאָווניקעס", שאַנטאַזשיסטן. מע האָט דערקענט מיַיַן ייִדישן טראָט, מיַיַן ייִדישע נאָז. זיי גייען מיר נאָך גאַס נאָך גאַס. באַלד וועט מען מיך אָפשטעלן: "זשידזשע"! [אַזאַ אויסגעמיש פֿון נאַצישן אויסראָט, פוילישן כוליגאַניזם און סאָוויעטישן אַנטיסעמיטיזם האָט אונדז באַגלייט די יאָרן וואָס מיר האָבן געלעבט אין נאָך-מלחמהדיקן פוילן.] מיר האָבן געהאַט אַלץ, נאָר נישט קיין לופֿט צום אָטעמען. מיר האָבן געלעבט אין די זעלבע היַיַזער וואָס די פויליאַקן, געגאַנגען איבער די זעלבע גאַסן, אָבער יעדער פֿון אונדז, אפילו די וואָס האָבן געביטן זייערע נעמן אויף פויליש, האָבן זיך געפֿילט ווי אין אַ געטאָ. מיט 28 יאָר צוריק בין איך מיט מיַיַן קליינער משפחה געזעסן אין עראָפלאַן פֿון "אל-על". מיר זענען געפֿלויגן קיין תל אביב. דער עראָפלאַן איז נאָך געווען פֿון אַן אַלטן טיפ. די מאַשינען האָבן גערוישט און דער דיל האָט אָן אויפֿהער געציטערט. אָבער איך האָב דערפֿילט עפעס אַ ניַיַע זאַך, וואָס איז שוין פֿון לאַנג מיר פֿרעמד געווען: פֿריַיַהיַיַט, אַבסאָלוטע פֿריַיַהיַיַט. ווי אַזוי איז דאָס געשען אַז די שפאַנונג האָט מיט אַ מאָל נאָכגעלאָזן? וואָס פֿאַר אַ לופֿט איז דאָס אין דעם אַלטן עראָפלאַן? צי איז דאָס דער שמייכל פֿון דער ייִדישער סטויאַרדעסע? צי איז דאָס איר העברעיש מיט דעם ספרדישן דיאַלעקט? צי איז דאָס שוין דער ריח פֿון אַ ניַיַעם קלימאַט, דעם אויסגעמיש פֿון די ווינטן פֿון ים און פֿון מדבר? אַ קנויל האָט זיך מיר אַוועקגעשטעלט אין האַלדז. כ'האָב געטראַכט, פֿאַנטאַזירט: מיר וועלן אָנקומען אין הרצליה, אין דעם הויז וווּ הדסהס עלטערן וווינען. מיר וועלן זיך אַוועקזעצן אָפאָטעמען, אַנפֿריַיַען זיך, און דעמאָלט וועל איך זיך אָנרופֿן: "באַרויִקט זיך. זיַיַט אַ וויַיַלע שטיל. איך האָב איַיַך עפעס צו זאָגן, זייער אַ וויכטיקע זאַך: כ'בין געוואָרן באַפֿריַיַט. אַ לאַנגע ציַיַט האָב איך נישט געוווּסט וואָסער ריח עס האָט די פֿריַיַהיַיַט. יאָרן האָב איך זיך גענאַרט, כ'האָב נישט געאָטעמט קיין ריינע לופֿט. איך קען נישט מער. כ'וועל אַהין נישט צוריקפֿאָרן. איך קען מער נישט קוקן אויף די טרייפֿהנע פאָגראָם-פרצופים. איך וויל מער נישט פֿילן די גרינע שינאה-בליקן. כ'וויל מער נישט געניסן פֿון קיין גאַסטפֿריַיַנדלעכקיַיַט אין זייער לאַנד. איך וויל נישט צוריקפֿאָרן קיין פוילן"... אפשר נישט גענוי מיט די ווערטער, אָבער דעם אינהאַלט האָב איך געהאַט צוגעגרייט. אַזוי האָב איך געטראַכט אין עראָפלאַן אויפֿן וועג קיין לוד. און אָט האָבן מיר דערזען די ליכטער פֿונעם לופֿטפאָרט. מיר זענען אַראָפ אויף דער ערד פֿון ארץ-ישראל. אין דער הייך, אויף דער באַליסטראַדע, צוזאַמען מיט אַלע אָפוואַרטנדיקע, זענען געשטאַנען חוה און חיים, מיַיַן פֿרויס עלטערן. זיי האָבן אונדז אַריַיַנגענומען אין אַ טאַקסי. מיר זענען געפֿאָרן צו זיי קיין הרצליה. די דערפֿער הינטער תל-אביב זענען געלעגן אין פֿאַרטאָגיקער שלווה. מיר האָבן כמעט קיין וואָרט נישט אויסגערעדט. דער קנויל אין האַלדז איז נאָך ענגער געוואָרן. אין הרצליה האָט שוין געליכטיקט מיט די קאָלירן פֿון ישראלדיקן זונאויפֿגיין. מיר האָבן געטרונקען טיי, געגעסן ברויט מיט מאַרגאַרין. דינהלה האָט זיך געפֿרייט מיט די ציטרינען אין גאָרטן, און מיט די טויבן אין שלאַק, מיט יאָלקען דעם הונט. מיר זענען געזעסן אין צימער. אַ וואָרט דאָ, אַ וואָרט דאָרט. איך האָב שוין געוווּסט אַז מיַיַן צוגעגרייטע טיראַדע וועל איך נישט פֿאָרטראָגן. אַלע ווערטער זעען איצט אויס נאַריש און פֿלאַך.
6טן סעפטעמבער. דער מענטש איז באמת באַשאַפֿן געוואָרן "בצלם אלוהים", אויב ער האָט אַזוי פֿיל מעגלעכקיַיַטן און מיטלען אַ גאַנץ לעבן צו פֿאַרשטעלן זיך, סימולירן און אַרויסדרייען זיך בשלום פֿון די פֿרעמדע און שלעכטע אויגן. וויפֿל ענערגיע און תחבולות פֿאַרברויכט ער כדי צו פֿאַרמאַסקירן זיך און אָנקומען צו זיַיַנע לעצטע פֿיר איַיַלן ווי אַ צדיק, אַ באַגלייטער פֿון שבחים און הספדים, וואָס רופֿן אַרויס טרערן אפילו ביַיַ מענטשן מיט האַרטע כאַראַקטערן! און אפשר איז דאָס גוט אַזוי? אַז יעדער איינער זאָל דינען ווי אַ מוסטער – ביַיַ לעבן זאָל מען אים פֿאַרערן און נאָכן טויט – באַוויינען, כדי די אַנדערע, די וואָס בליַיַבן, זאָלן וועלן נאָכטאָן די מעשים-טובים און ירשענען נישט בלויז די מלבושים און חפצים, נאָר אויך די גוטע מידות. נעכטן אין אָוונט איז הדסה געקומען פֿון אַ באַזוך ביַיַ דינהלען און זי האָט מיך געטראָפֿן אַ שוויַיַגנדיקן. ווי אַלע מאָל אין אַזאַ פֿאַל, האָט זיך מיך גענומען פֿרעגן, צי כ'בין בייז, צי כ'בין אין אַ שלעכטע שטימונג. "כ'בין מיד" – האָב איך געענטפֿערט. קעגן דעם איז נישטאָ קיין שום אַפעלאַציע. באַלד דערנאָך בין איך אויסגעבראָכן מיט אַ ירגזון אויף זיך אַליין. תוך כדי דיבור האָב איך אָנגעהויבן פֿאַרשטיין אַז איך שפיל אַ ביסל צו, ס'איז אָבער געווען דערין אַ דאָרן פֿון אמת וואָס שטערט מיך די גאַנצע ציַיַט: פֿאַר וואָס וויַיַז איך געוויסע מענטשן פֿון דער שלעכטער זיַיַט? [זענען זיי טאַקע אַלע רשעים? זענען טאַקע, אין תוך גענומען אַלע מענטשן אַזעלכע. און] אפשר איז דאָס די שולד פֿון דער ציַיַט, און ווען די תקופה וואָס איך שילדער וואָלט נישט געווען וועלט-מלחמה, בעת דער שטן האָט איבערגענומען די מאַכט און זיַיַנע שדים האָבן זיך צעבוליעט, וואָלט אפשר דאָס שלעכטע אין זיי געדרעמלט טיף – און איך וואָלט געזען אין זיי בלויז די גוטע מידות און די מעלות? זייער מעגלעך, אָבער איך שריַיַב וועגן זייערע מעשים און מיַיַן ציַיַט. זיי זענען אָפֿט געווען געווענדט קעגן מיר, און דעמאָלט ווער איך אַ נוגע בדבר, און איך זע די מאָטיוון וואָס האָבן זיי באַווויגן דאָס צו טאָן. און אין דער זעלבער מינוט קום איך אַרויס דער באַעוולטער, צום אָפֿסטן – אַ פאַסיווער, אָבער אַזאַ וואָס דאַרף ציִען אויף זיך סימפאַטיע. זיך אַליין זע איך נישט אין יענער סיטואַציע, ווען דער אַנדערער האָט מיך געזען, און טאַקע אַן אַקטיוון – אַזאַ וואָס האָט זיך געפרוּווט ראַטעווען פֿון יעדער געפֿאַר. איז ער דאָך אויך געוויס באַגאַנגען עוולות לגבע אַנדערע! דאָס שלעכטע אין מיר ליגט אויך באַהאַלטן טיף-טיף, אונטער שיכטן פֿון כיטרעקיַיַט און צביעות, פֿאַרבאָרגן פֿון פֿרעמדע אויגן. און אויב איך זאָל זיך אויך וועלן באַהאַנדלען אָביעקטיוו, גליַיַך מיט אַלעמען, כדי די פראָפאָרציעס זאָלן אַרויסקומען כאָטש אין דער מינדסטער מאָס ריכטיקע, דאַרף איך לגבי זיך אָנווענדן נאָך אַ גרעסערע מאָס פֿון אכזריות. נישט רחמנות האָבן, נאָר אַראָפריַיַסן פֿון זיך די שמאַטעס פֿון פֿיַיַנעם אויפֿפֿירן זיך, אויפֿהערן צו דיקלאַמען אין די לידער, [רעדן אין נאָמען פֿון פֿאָלק] נאָר באַמיען זיך צו דערשלאָגן זיך מיטן וואָרט צו די פֿילעוודיקסטע ערטער, [ביז צו די טרערן]. ווער איז דאָס בכוח? מיך אַרט נישט וואָס מיַיַנע זכרונות זענען כאַאָטיש, די דאַטעס מישן זיך איבער, און די געשעענישן בינדן זיך לויט דער לויזער לאָגיק פֿון דער אַסאָציאַציע. אין הונדערט יאָר אַרום, אויב ס'וועט זיך נאָך געפֿינען אַ מענטש וואָס וועט זיַיַן ביכולת צו לייענען די אָ שריפֿט, וועט זיך אים אפשר דוכטן, אַז דער שריַיַבער האָט געשילדערט אַ קאָשמאַר. ער וועט האָבן דאָס רעכט צו מישפטן. אַ שאָד וואָס יענער לייענער וועט שוין נישט זען מיַיַן איצטיקן שמייכל: איך האָב זיך ווידער געכאַפט פֿאַר דער האַנט! דאָס וואָס איך האָב נאָר וואָס אָנגעשריבן, די גאַנצע התנצלות, איז דאָך אויך אַ מין אַליבי, אַ באַרעכטיקונג, פֿאַר וואָס איך בין פֿאָרט אַרויסגעקומען ווי דער געליטענער און באַעוולטער, וואָס האָט קיינעם קיין שלעכטס נישט געטאָן. – – ווען גאָלדע איז געלעגן אין מאָסקווער שפיטאָל, אין דער לעצטער פֿאַזע פֿון דער קראנקיַיַט, האָבן מיַיַנע חברים אין פוילן שוין געמאַכט אַלע באַמיִונגען אַז איך זאָל זיך אומקערן קיין פוילן. מיט אַ ציַיַט פֿריער האָב איך זיך געהאַט אָפגעזאָגט פֿון דער אָפציע זיך אומצוקערן קיין פוילן. דאָס האָב איך, אייגנטלעך, געטאָן צוליב גאָלדעס קראַנקיַיַט. אין דעם דעמאָלטיקן נאָכמלחמהדיקן פוילן האָב איך נישט געזען אַז זי זאָל קענען האָבן די באַדינגונגען וואָס זי האָט אין ראַטן-פֿאַרבאַנד. איצט, אַז די לאַגע פֿון גאָלדע איז געוואָרן האָפֿענונגלאָז, האָבן די חברים פֿון פוילן אָנגעהויבן טוען אַלץ אַז איך מיטן קינד זאָלן קענען צוריקקומען. זיי האָבן כסדר צו מיר געשריבן, אַז כ'בין דאָרט נייטיק, אַז איך דאַרף זיך באַטייליקן און אויפֿבויען דעם ניַיַעם ייִדישן ייִשוב און זיַיַנע קולטור-אינסטיטוציעס. [דעם אַקטיווסטן אין דער אַרבעט איז געווען הערש סמאָליאַר.] ווען גאָלדע איז שוין נישט געווען, האָב איך באַקומען אַ בריוו פֿון "מאָפר" אין מאָסקווע ("מאָפר" איז די אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציע פֿון העלפֿן קאָמוניסטן און פאָליטישע אַרעסטירטע). מע האָט מיך פֿאַרבאָטן צו קומען אין דער צענטראַלע. דאָרט האָט מען מיר געמאָלדן, אַז מע נייטיקט זיך אין מיר אין פוילן און איך דאַרף וואָס שנעלער צוריקפֿאָרן אַהין מיטן קינד. איך האָב באַרומען אַלע נייטיקע צעטלען אויף אַרויסצובאַקומען דעם אויסלענדישן פאַספאָרט. [אין זיַיַנע בריוו האָט סמאָליאַר זיך באַקלאָגט אויף מירסקין און מאַרקן, דער עיקר – אויפֿן לעצטן, אַז ער איז פאָליטיש נישט אויסגעהאַלטן, אָפאָרטוניסטיש. פֿון זיַיַנע בריוו האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז אין דער "ייִדישער אָנפֿירערשאַפֿט" דאָרט קומט פֿאָר אַ התרוצצות. גליַיַכציַיַטיק האָב איך באַקומען אַן איַיַנדרוק אַז יעדער פֿון די חברים וויל אויך געווינען פֿאַר זיך. ווער עס קען אים, ווייסט, אַז ווען ער דאַרף עמעצן, וויַיַזט ער אים אַרויס אַ סך האַרצקיַיַט און ער זשאַלעוועט נישט קיין ענערגיע כדי אים צו העלפֿן. אַזאַ כאַראַקטעריסטיק וועגן אים האָב איך זיך שוין געהאַט געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון מיַיַן דערפֿאַרונג אין ביאַליסטאָק, אין דער רעדאַקציע פֿון "ביאַליסטאָקער שטערן" וווּ ער האָט מיך געמאַכט פֿאַר רעדאַקטאָר און אַ יאָר שפעטער פֿאַר "אויס". איצט, אין יאָר 1947, 7 יאָר נאָך יענעם פֿאַל, דערהייבט מיך סמאָליאַר ווידער, און ער וויל ווידער מאַכן פֿון מיר "עפעס"? אויב ער האָט דעמאָלט געמיינט בלויז מיַיַן טובה, אָדער וועלכע עס זאָל נישט האָבן געווען זיַיַן כוונה – מיטן ארויסשלעפן מיך דעמאָלט פֿון מאָסקווע אין דער סאַמע לעצטער שעה פֿאַרן חורבן פֿון דער סאָוויעטישער ייִדישער קולטור און אירע שאַפֿערס, האָט ער געראַטעוועט מיַיַן לעבן און דאָס לעבן פֿון מיַיַן קינד. פֿאַר דער איינער טאַט איז ער ווערט עולם-הבא. און אפשר אפילו ווען ער האָט דאָס געטאָן "בשוגג".]
8טן סעפטעמבער אַ שבת-פֿרימאָרגן. סוצקעווער האָט טעלעפֿאָנירט כדי צו לויבן די עטלעכע לידער וואָס כ'האָב אים געגעבן פֿאַר "די גאָלדענע קייט". כ'האָב אים געדאַנקט פֿאַר די גוטע ווערטער. אָבער דעם אמת געזאָגט, איז דאָס געווען מהשפה ולחוץ. אויב אַ שד האָט מיך מיט עפעס פֿאַרשאָלטן, איז עס מיט דער קללה, אַז קיין קאָמפלימענטן זאָלן מיך נישט פֿרייען. היות ווי איך בין איצט איינער אַליין מיטן פאַפיר, מעג איך זיך פֿאַרטרויען, אַז אויף די אָוונטן לכבוד מיר פֿיל איך זיך "נישט אין דער היים". ווען די רעדנערס נעמען מיך לויבן, בין איך אין אַ פֿאַרלעגנהיַיַט און איך ווייס נישט וווּהין אַהינצוטאָן די אויגן. מסתמא בין איך נישט דער איינציקער וואָס פֿילט זיך אַזוי בעת אַזעלכע ???????? (ע"מ 34, שורה עליונה). מיינסטנס אָבער פֿילן זיך די בעל-דברס גאַנץ גוט – און די שכינה רוט אויף זיי. סוֹצקעווער האָט זיך געוווּנדערט פֿאַר וואָס איך שוויַיַג. ער וויל מיך באַלד זען. מיר האָבן זיך אָפגעשמועסט אויף דאָנערשטיק, אין דער פֿראַנצייזישער קאַפֿע, וווּ מיר האָבן זיך שוין עטלעכע מאָל דעטראָפֿן. מיר זענען דאָרט גענוג לאַנג געזעסן און געשמועסט. דאָס הייסט אַז ער איז געווען דער רעדער און איך האָב געהערט. [נישט שטענדיק זענען פֿאַר מיר די באַגעגענישן מיט אים זייער אינטערעסאַנט. ער געהער צו די מענטשן, וואָס האָבן נישט גערן צו הערן יענעמען. דער עיקר ווען ער האָט צו דערציילן וועגן געשעענישן וואָס לויבן אים אָדער שילדערן אים ווי אַ מענטש וואָס טוט גוטס פֿאַר זיַיַנע חברים.] דאָס מאָל האָט ער אויף אַ וויַיַלע מיר געגעבן דאָס וואָרט: איך האָב אים געזאָגט שבחים פֿאַר זיַיַנע לידער אינעם לעצטן נומער די ג. קייט. און הגם די אַלע שבחים זענען געווען כשר פֿאַרדינטע, [וויַיַל די לידער פֿון זיַיַן "טאָגבוך" זענען, כמעט אַלע, באמת שיין און טיף], האָב איך בעת-מעשה דערפֿילט אַ מין מחשבה זרה. כ'בין אָבער נאָך נישט אין גאַנצן קאַליע געוואָרן, און דערפֿאַר קומט מיר אויס "צו באַצאָלן". אָבער איך באַדויער נישט. איך ווייס אַז יעדן פֿון מיַיַנע קאָלעגן איז שווער, וויפֿל מע זאָל אים נישט פריַיַזן און רומען. [אויך דאָס מאָל האָב איך געקוקט מיט באַדויער אויף סוצקעווערן און אויסגעהערט ווי ער פֿאַרענטפֿערט זיך, אַז נאָך די פֿיַיַערונגען לכבוד זיַיַן ווערן 70 יאָר, און נאָכן פראָקלאַמירן אים פֿאַר אַן ערן-בירגער פֿון דער שטאָט תל-אביב, איז ער קראַנק געוואָרן און איַיַנגעפֿאַלן אפילו אין אַ דעפרעסיע. דערפֿאַר האָט ער מיט קיינעם זיך נישט באַגעגנט. פֿון דעסטוועגן] איך האָב געפֿונען אַ געלעגנהיַיַט צו זאָגן, אַז איך בין קיינעם נישט מקנא, אפילו אים, דעם פאָעט וואָס באַקומט אַזוי פֿיל כבוד און רום. כ'האָב דערקענט אין אים, אַ ער גלייבט מיר. דאָך איז מיַיַן פֿאַרברענגען מיט אים אין קאַפֿע געווען אָנגענעם. סוצקעווער האָט אַ גוטן זכרון און ער קען דערציילן. און אויב אפילו ער פֿאַרבט אַ ביסל צו [מיט דער פֿאַנטאַזיע], איז עס אויך אויפֿן אָרט, בפרט ווען ער טוט עס מיט חן. אַ קליינע אָבער אַ וויכטיקע אויסבעסערונג: פֿאַראַן מאָמענטן, ווען איך בין יאָ מקנא אַן אַנדער דיכטער. דאָס איז דעמאָלט ווען איך לייען ביַיַ אים אַ געראָטן ליד. דאָ קען איך זיך נישט העלפֿן. איך ווער נתפעל פֿון דער שלימות און שיינקיַיַט, איך באַוווּנדער און חידוש זיך: ווי אַזוי האָט ער דאָס געמאַכט. איך בין מקנא יעדן פאָעט וועמען עס גיט זיך איַיַן אַ בליץ צו טאָן פֿאַר מיַיַנע אויגן. כ'בין מקנא פֿאַר יעדער שיינקיַיַט וואָס ווערט באַשאַפֿן מיט מענטשלעכע הענט. אָבער דאָס איז צום מוחל זיַיַן. אפילו גאָט איז מקנא אַזאַ איינעם [מיט אַ בייזער געטלעכער קינאה] און זייער אָפֿט איז ער זיך נוקם און ער נעמט אים צו יונגערהייט פֿון דער וועלט, אָדער ער פֿירט אים אַראָפ פֿון זינען, טאַקע צוליב צו פֿיל ליבע און שיינקיַיַט. פֿאַר מיר אָבער דאַרף מען קיין מורא נישט האָבן. איך קען זיך נוקם זיַיַן (אויב איך וועל קענען...) בלויז דערמיט, וואָס איך וועל יענעם איבערשטיַיַגן, און דעמאָלט וועט יענער מיך מקנא זיַיַן. [דאָס איז אפשר דער איינציקער ריכטיקער פשט פֿון דעם וואָרט "קנאת סופרים מרבה חכמה".]
9טן סעפטעמבער
אין אַזעלכע טעג פֿונעם 47סטן יאָר בין איך געגאַנגען אָפנעמען דינהלען פֿון דער קינדערהיים אין סאָקאָלניקי. איך האָב זי געדאַרפֿט צוגרייטן צום אָפפֿאָרן קיין וואַרשע. דער ענין האָט זיך געשלעפט, די דאָקומענטן אין מאָסקווע מאַכן זיך נישט אַזוי שנעל. ס'איז באַשלאָסן געוואָרן אַז ווען דינהלע וועט אַרויס פֿון דער קינדער-סאַנאַטאָריע, וועט זי וווינען ביַיַ ז. אין דער היים ביזן אַוועקפֿאָרן קיין וואַרשע. דערוויַיַל אָבער בין איך אָפֿט [יעדן טאָג] אַרויפֿגעקומען צו זיי [אין דער וווינונג]. סיַיַ ז. סיַיַ אירע עלטערן האָבן אַרויסגעוויזן צו מיר אַ זעלטענע וואַרעמקיַיַט. ווי צו אַ נאָענטן, אייגענעם מענטש, [דערביַיַ זענען די עלטערן געווען ביז גאָר דעליקאַט אין דעם ענין פֿון מיַיַנע באַציונגען מיט סאַרען], הגם זיי האָבן געוווּסט אַז איך גרייט זיך צו פֿאָרן קיין פוילן. ז. איז געווען נישט דעצידירט. פֿון אַלע שמועסן מיט איר האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז איר באַציִונג צו מיר איז נישט פֿון יענעם כאַראַקטער ווען מ'איז מער נישט פעיִק צו ספקן [און זיך מיישב צו זיַיַן. זי האָט ליב געהאַט מיט מיר צו פֿאַרברענגען, אָבער] זי איז נישט געווען בכוח [פֿאַרליבט אין מיר ביז דער מדרגה אַז דער ווילן צו זיַיַן מיט מיר זאָל] גובר זיַיַן אירע אַלע אַנדערע צוגעבונדנקיַיַטן – צו דער משפחה און צו דער סביבה. ז. איז אָפֿט געווען אומעטיק. [די מלחמה האָט אַרויפֿגעלייגט אויף איר דעם אומעט און באַשטימט איר גורל]. זי איז אַלט געווען 21 יאָר ווען די מלחמה איז אויסגעבראָכן. איר בחור, אַ רוס, איז געווען אויפֿן פֿראָנט. ער איז פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן אין דער רעכטער האַנט – זי איז געבליבן ביַיַ אים אומבאַוועגליך – און ער איז אַריַיַנגעפֿאַלן צו די דיַיַטשן אין געפֿאַנגענשאַפֿט. נאָך דער קאַפיטולאַציע פֿון די נאַציס, איז ער, צוזאַמען מיט אַנדערע סאָוויעטישע געפֿאַנגענע, צוריקגעקומען אין ראַטן-פֿאַרבאַנד. ווען איך האָב אָנגעהויבן אַרויפֿקומען צו ז., האָב איך אים דאָרט אָפֿט געטראָפֿן. ער פֿלעגט שוויַיַגן און רייכערן. ווען מ'האָט אים געוואָלט געבן פֿיַיַער צום פֿאַררייכערן, וויַיַל אים אַליין איז שווער געווען צו באַנוצן די רעכטע האַנט, איז ער געווען אומצופֿרידן. פֿון דעם וואָס כ'האָב געהערט וועגן אים, האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז דער מענטש [כאָטש מע האָט אים באַפֿריַיַט פֿונעם דיַיַטשישן געפֿאַנגען-לאַגער], פֿילט זיך נישט אין מאָסקווע אַבסאָלוט פֿריַיַ, ער לעבט אין אַ כסדריקן פחד. ער האָט געשוויגן און אָנגעוואָרפֿן אוף אַלעמען אַ שווערע שטימונג. אין מאָסקווע האָבן דעמאָלט זיך געפֿונען אַ סך אַזעלכע "צוריקגעקומענע". אָפֿיציעל זענען זיי געווען אין אָרדענונג, אָבער די מאַכט האָט זיי ביסלעכוויַיַז אויסגעכאַפט און אַוועקגעשיקט ערגעץ וויַיַט. אין אַלע לענדער איז דאָס אַריַיַנפֿאַלן אין געפֿאַנגנשאַפֿט צום שונא אַ נאָרמאַלע און לעגיטימע געשעעניש, אַן אומגליק – ווי ווערן פֿאַרוווּנדיקט, אָדער נאָך ערגער – פֿאַלן אַ טויטער. נישט אַזוי איז דאָס אין ראַטן-פֿאַרבאַנד. דאָס אַריַיַנפֿאַלן דאָרט צום שונא ווערט אויפֿגענומען ווי אַ פֿלעק אויף דער גוטער אויפֿפֿירונג פֿונעם סאָוויעטישן סאָלדאַט. דער חטא גייט אים נאָך דאָס גאַנצע לעבן און זייער אָפֿט ליַיַדט ער רעפרעסיעס. אַ העלד קען מען דאָרט ווערן נאָר דורכן איַיַנשטעלן דאָס אייגענע לעבן אָדער דורכן אומקומען אין שלאַכט. מעגלעך אַז אַזאַ באַציִונג צו די צוריקגעקומענע פֿון געפֿאַנגענשאַפֿט האָט דאָרט זיך גענומען דערפֿון וואָס אין געוויסע פעריאָדן, בעיקר ביַיַם אָנהייב פֿון דער מלחמה אין יאָר 1941, זענען סאָוויעטישע סאָלדאַטן מאַסנוויַיַז איבערגעגאַנגען צו די דיַיַטשן אין געפֿאַנגעשאַפֿט. ס'איז אפילו באַקאַנט דער פֿאַל ווען אַ גאַנצע אַרמיי (פֿון גענעראַל וולאַסאָוו) האָט צוזאַמען מיט אַלע קאָמאַנדירן זיך איבערגעגעבן צו די דיַיַטשן און שפעטער געקעמפֿט אויף זייער זיַיַט – קעגן אייגענעם פֿאָטערלאַנד. זייער אַ סך פֿון זיי, מיינסטנס אוקראַינער און וויַיַסרוסן, לעטן און ליטווינער האָבן אַקטיוו זיך באַטייליקט אין די שטראָף-אַקציעס און שחיטות פֿון די היטלעריסטן קעגן דער ציווילער באַפֿעלקערונג, בעיקר קעגן ייִדן. דאָס איז אָבער נישט קיין פֿאַרענטפֿער פֿאַר אַזאַ באַציִונג לגבי די גאַנצע הונדערט פראָצענט פֿון די סאָוויעטישע געפֿאַנגענע. די סאָוויעטישע מאַכט האָט אפילו נישט געפרוּווט אַדורכפֿירן אויספֿאָרשונגען, אויסזוכן די עווענטועלע פֿאַררעטער און דעזירטירן, נאָר אַלעמען אָן אויסנאַם, אויף אַן אַדמיניסטראַטיוון אופן, פֿאַרשיקט אין די וויַיַטע קאַנטן פֿון ראַטן-פֿאַרבאַנד. ז. האָט מיר דערציילט, אַז דער רוסישער פֿריַיַנד אירער באַדויערט פֿאַר וואָס ער איז נישט געפֿאַלן אויפֿן פֿראָנט. אין זיַיַן היימשטאָט מאָבקווע פֿילט ער זיך ערגער נאָך ווי אַ לעבעדיק-באַגראָבענער. ער לעבט אין שטענדיקן פחד, אַז אַ ליאַדע טאָג וועט ער אַריַיַנפֿאַלן אין די הענט פֿון די מאַכטאָרגאַנען און מע וועט אים אַוועקשיקן ערגעץ אין אַ העק. קיין מאָל האָב איך נישט געזען קיין שמייכל אויף זיַיַן פנים. אינסטינקטיוו האָב איך געפֿילט אַז מיט אים דאַרף מען נישט רעדן וועגן דער מלחמה, וועגן זיַיַן פֿאַרגאַנגענהיַיַט אויפֿן פֿראָנט און בכלל וועגן פרטים פֿון זיַיַן לעבן. קוקנדיק אויף זיַיַן פנים האָב איך געוווּסט, אַז מיַיַן יעדע פֿראַגע איז עלול אָנצורירן אין אים אַן אָנגעווייטיקטן פונקט. אין זיַיַן אָנוועזנהיַיַט האָב איך געשוויגן און אויסגעמיטן אפילו צו טרעפֿן זיך מיט זיַיַנע אויגן. איך האָב אַרויסגעפֿילט פֿון אים אַן אומפֿריַיַנדלעכקיַיַט צו מיר. פלוצלינג האָט ער אופֿגעהערט אַרויפֿצוקומען. קיינער האָט נישט איבערגעפֿרעגט וועגן דער סיבה דערפֿון, וואָס מיט אים איז געשען. אויך איך האָב געוווּסט אַז איך דאַרף אים נישט דערמאָנען, כאָטש מיך האָט אַ לאַנגע ציַיַט אינטערעסירט זיַיַן גורל.
10טן סעפטעמבער. וועגן דער טראַגעדיע פֿון דער סאָוויעטישער ייִדישער ליטעראַטור און אירע שאַפֿערס איז שוין אַ סך געשריבן געוואָרן, אָבער זייער ווייניק איז אויפֿגעדעקט געוואָרן דערפֿון וואָס ס'איז באמת פֿאָרגעקומען. די לעצטע פֿאַזע פֿון די רדיפות אין ראַטן-פֿאַרבאַנד קעגן דער ייִדישער קולטור, וואָס האָט זיך געענדיקט מיטן פֿאַרניכטיקן די ייִדישע קולטור-אינסטיטוציעס און מיטן פֿיזישן אומברענגען די ייִדישע שריַיַבערס, קינסטלערס און קולטור-טוערס איז נאָך אַלץ איַיַנגעהילט אין נעפל. די דעסטאַליניזאַציע האָט נישט געהאָלפֿן אויפֿדעקן די פֿאַרשווערונג קעגן דער ייִדישער קולטור. נאָך סטאַלינס טויט האָט מען אָנגעהויבן באַפֿריַיַען ייִדישע שריַיַבערס פֿון די טורמעס. עס איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַ מין "רעהאַביליטאַציע" פֿון די ייִדישע קולטור-טוערס – אַזוי האָט מען אָנגערופֿן דאָס באַפֿריַיַען די לעבן-געבליבענע פֿון די פֿאַרברעכנס קעגן אומשולדיקע בירגער, פאַטריאָטן פֿון זייער לאַנד, קינסטלערס פֿון אַ וועלטרום. אָבער אויך די "רעהאַביליטאַציע" איז דערקלערט געוואָרן מיט אַ האַלב מויל. אין די ביכער פֿון די אומגעבראַכטע, וואָס מ'האָט אויף ס'ניַיַ אָנגעהויבן אַרויסגעבן, דער עיקר אין דער רוסישער איבערזעצונג, האָט מען געשריבן אין די הקדמות, אַז די מחברים זענען געשטאָרבן "פֿריציַיַטיק", "טראַגיש" [און אַז נאָכן טויט איז פֿעסטעשטעלט געוואָרן זייער אומשולד]. קיין איין אָפֿענער פראָצעס איז נישט פֿאָרגעקומען קעגן יענע וואָס האָבן אָרגאַניזירט אַזאַ אַקציע קעגן דער קולטור פֿון אַ פֿאָלק, און במילא איז נישט געגעבן געוואָרן קיין מעגלעכקיַיַט אויפֿצודעקן כאָטש אַ טייל פֿון די שולדיקע – פֿון די איניציאַטאָרן און אויספֿירערס פֿון דעם פֿאַרברעכן. זיי אַלע זענען געבליבן אויף זייערע פאָסטנס – די פראָקוראָרן, די ריכטערס, די טורמע-באַאַמטע, די לאַגער-פֿירערס. דער וואָס איז אין ראַטן-פֿאַרבאַנד נישט געווען, נישט געלעבט דאָרט אַ ציַיַט ווי אַ פשוטער בירגער, נישט געגעסן דאָס נאָרמאַלע, שוואַרצע ברויט, נישט באַקענט זיך מיט די באַזונדערקיַיַטן פֿון דער רוסישער מענטאַליטעט, נישט געזען די אַלע ווינקעלעך פֿון דער סאָוויעטישער עקאָנאָמיק – די לעכער פֿאַר די מיַיַז וואָס צעשלעפן און פֿרעסען אויף די פראַצע און צוואַנגס-אַרבעט פֿון צענדליקער מיליאָנען בירגער – דער טאָר צו דער טעמע פֿונעם לעבן אין ראַטן-פֿאַרבאַנד זיך נישט צורירן. אָבער אפילו דער וואָס האָט דאָרט געלעבט יאָרן און דערוווּסט זיך אַ סך סודות פֿון דער אָרדענונג, טרעפֿט אויך אָן שוועריקיַיַטן ביַיַם פרוּוון שילדערן די סאָוויעטישע ווירקלעכקיַיַט. אַ סך מאָל זעט זי אויס אין זיַיַנע אויגן ווי אַ בייזער חלום, אַ נישט רעאַלער קאָשמאַר און אַ היץ-קראַנקהיַיַט וואָס איר קלימאַקס איז געווען די צווייטע וועלט-מלחמה. צי זענען דען די סאָוויעטישע מענטשן שלעכטע? ניין, די פראָפאָרץ צווישן גוטע און שלעכטע איז דאָרט, אין ראַטן-פֿאַרבאַנד, מסתמא די זעלבע וואָס אין אַנדערע גרויסע לענדער. צי זענען די סאָוויעטישע בירגערס אומערלעכע? ניין, זייער צאָל איז, מער-ווייניקער, ווי אין אַנדערע מדינות. פֿאַר וואָס זשע געשעט דאָרט אַזוי פֿיל שלעכטס, וואָס ווערט סאַנקציאָנירט דורכן געזעץ? פֿאַר וואָס פיַיַניקט מען אַזוי די מענטשן? פֿאַר וואָס זאָגן אַלע ליגן? פֿאַר וואָס איז די צביעות דאָרט אומפֿאַרשעמטער ווי [ביַיַ די פרומניקעס אפילו] אין די אַנדערע לענדער? פֿאַר וואָס איז דאָרט שווינדל און גניבה כמעט נישט קיין חטא (נאַטירלעך, ביז מע כאַפט נישט דעם גנב ביַיַ דער האַנט)? פֿאַר וואָס משפעט מען דאָרט אָפֿט די אומשולדיקע, און די שופטים און באַשטראָפֿערס זענען אכזריותדיקע מענטשן? איך בין דאָרט יאָ געווען. איך האָב דאָרט געלעבט מיט פשוטע מענטשן, דורכשניטלעכע, זייער אָפֿט – ליַיַדנדיקע. צווישן זיי זענען געווען אַזעלכע, וואָס האָבן אָפגענאַרט דעם רעזשים, זיי האָבן אָבער נישט געליטן פֿונעם באַוווּסטזיַיַן, אַז זיי טוען וועמען עס איז אַן עוולה. זיי האָבן בלויז געוואָלט ראַטעווען זיך, די נאָענטע, זיי האָבן געוואָלט בליַיַבן, איבערקומען די שלעכטע ציַיַט, און די "שלעכטע ציַיַט" האָט זיך פֿאַרצויגן צו לאַנג – איבער בירגערקריג, כאַאָס, ווילקיר, הונגער און מלחמות. און זיי האָבן זיך געמוזט מאַכן אַ היתר אויף מעשים וואָס געוויינטלעך רופֿט מען זיי – אומערלעכע. און חוץ דעם: איך האָב געלעבט אין אַ סביבה, וואָס איז געווען פֿאַרמישפט צום אונטערגאַנג, [ביאָלאָגיש און סאָציאַל] אונטערן כסדרדיקן דרוק פֿון אַ פֿיַיַנטלעכער מערהיַיַט און אַ רעזשים וואָס באַפֿרידיקט אירע פֿאָראורטיילן; איך האָב געלעבט אין דער סביבה פֿון ייִדישע שריַיַבערס, וואָס האָבן יאָרן געהאַט דאָס געפֿיל אַז זיי עקסיסטירן מיט חסד. איך האָב מיט זיי פֿאַרבראַכט, געשמועסט און אַ סך מאָל געהערט זייערע טענות פֿון איינעם צום אַנדערן, אָבער קיין איין מאָל נישט אויפֿן רעזשים, וואָס האָט זיי כסדר אויפֿן אויג, קוועלט זיי און נעמט ביַיַ זיי צו די לופֿט צום אָטעמען. ווי אַ פליט, בין איך געווען פֿאַר זיי אַ ביסל אַ פֿרעמדער. זיי האָבן געוווּסט, אַז פֿריִער צי שפעטער, וועל איך אַוועק פֿון זיי און זיך אומקערן אַהיים, קיין פוילן. פֿון דעסטוועגן בין איך געקומען אויף זייערע פֿאַרזאַמלונגען, אויף די דיסקוסיעס, וואָס נישט תמיד בין איך זיי תופס געווען ביזן גרונט. אַ סך מאָל האָב איך ביַיַגעוווינט אויסברוכן פֿון שנאה פֿון איינעם צום צווייטן און צווישן פֿאַרשיידענע גרופעס. אין יענע חדשים פֿאַר מיַיַן פֿאַרלאָזן דעם ראַטן-פֿאַרבאַנד האָבן די ייִדן דאָרט געלעבט אין מאָדנע סתירהדיקע שטימונגען. פֿון איין זיַיַט האָבן זיך געטראָגן בשורהדיקע ווינטלעך וועגן אומאָפהענגיקיַיַט-קאַמפֿן פֿון די ייִדן אין ארץ-ישראל קעגן די ענגלענדער, וועגן די העלדישקיַיַטן פֿון הגנה, לחי און אצל. אין די קאָרידאָרן פֿונעם אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט אויף קראָפאָטקינא, וווּ די ייִדישע שריַיַבערס פֿלעגן זיך טרעפֿן, האָט מען זיך געשושקעט וועגן סאָוויעטישע שיפֿן וואָס גייען אָפ פֿון אָדעס צו די ברעגן פֿון ארץ-ישראל. די שיפֿן זענען פֿול נישט בלויז מיט געווער און אַמוניציע, נאָר אויך מיט סאָוויעטישע ייִדישע אָפֿיצירן, אויסגעצייכנטע אין דער פֿאָטערלענדישער מלחמה, העלדן פֿון ראַטן-פֿאַרבאַנד. איך געדענק די גרויסע, שוואַרצע און באַגיַיַסטערטע אויגן פֿון דער נסתר, וואָס האָבן זיך ווי געבעטן ביַיַ מיר, אַז איך זאָל באַשטעטיקן די אַלע וווּנדערלעכע שמועות. ער האָט געטראַכט אַז איך בין נענטער צום מקור פֿון די ידיעות צוליב מיַיַנע קאָנטאַקטן מיט די פאָליאַקן. די סאָוויעטישע פרעסע האָט מיט רמזים, און מיט כמעט אָפֿענער סימפאַטיע, געשריבן וועגן די העלדישקיַיַטן פֿון "שטערן" קעגן די בריטישע אָקופאַנטן, און פֿאַר די ייִדן איז דאָס אויפֿגעגאַנגען ווי אַ געבענקעניש פֿון די מכבייִשע ציַיַטן. מע האָט געלייענט די סאָוויעטישע רעדעס אויף אינטערנאַציאָנאַלע פֿאָרומס קעגן די ענגלענדער. אין זייער תוך זענען די אַרויסטריטן געווען לטובת די ייִדן און זייער באַפֿריַיַונג-קאַמף. מע האָט זיך דעמאָלט געקוויקט מיט אַ ווערטל, אַ חכמה פֿון סטאַלינען, וואָס זאָל זיך האָבן אויסגעדריקט אַז "אויף די עלטערע יאָרן איז ער געוואָרן אַ ציוניסט". און דאָס אַלץ – אין דער ציַיַט ווען ס'איז געגרייט געוואָרן די גרויסע פראָוואָקאַציע קעגן דער ייִדישער קולטור און ליטעראַטור. צוזאַמען מיט די ידיעות וועגן די באַפֿריַיַונג-קאַמפֿן פֿון די ייִדן אין ארץ-ישראל, האָבן זיך אָנגעהויבן פֿאַרשפרייטן קלאַנגען וועגן דער נאָענטער ליקווידאַציע פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. די פֿירערס פֿון דעם קאָמיטעט האָבן געפרוּווט אַפלייקענען די קלאַנגען, אָבער אין דער זעלבער ציַיַט האָבן זיי אַלעמען צוגעגרייט צו דער מעגלעכקיַיַט פֿון אַ "רעאָרגאַניזאַציע" פֿון דער ייִדישער אַרבעט, וויַיַל נאָכן זיג איבערן פֿאַשיזם איז מער נישט באַרעכטיקט דער נאָמען פֿון "אַנטיפֿאַשיסטישן" קאָמיטעט, און ס'איז נייטיק אַן אַנדער פֿאָרעם פֿון אָרגאַניזאַציע. אָבער דער שריַיַבער-עולם איז געוואָרן אומרויִק: וואָס וועט זיַיַן מיט דער ייִדישער ציַיַטונג "אייניקיַיַט"? אַרום וועמען וועלן זיך גרופירן די ייִדישע פענמענטשן און קולטור-טוערס? אין דער לופֿט האָט זיך געפֿילט דער ריח פֿון סמאַלינעס. די סאָוויעטישע ייִדן, צום מיינסטנס דווקא דער ייִנגערער דור, צווישן זיי אַ סך וואָס האָבן זיך אומגעקערט פֿון די פֿראָנטן, האָבן איבערגעלעבט אַ שווערע אַנטוישונג. זיי זענען זיכער געווען, אַז נאָך דער מפלה פֿונעם היטלעריזם וועט מען אין ראַטן-פֿאַרבאַנד אָנהייבן אָטעמען פֿריַיַער. די קריג-אייניקיַיַט מיט דעם דעמאָקראַטישן מערב, וועט אויך מוזן משפיע זיַיַן אויף אַ ליבעראַליזאַציע פֿונעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. און דער עיקר – דער אַנטיסעמיטיזם וועט פֿאַרשווינדן און די שונאי ישראל ווערן צוריק אַריַיַן אין די לעכער. אַ געוויסע ציַיַט האָט די אויסלענדישע פאָליטיק פֿון דער סאָוויעטישער רעגירונג געשאַפֿן אַזעלכע אילוזיעס. אָבער גאָר שנעל האָט זיך אַרויסגעוויזן אַז איינס קומט נישט צום צווייטן. אין ראַטן-פֿאַרבאַנד איז מעגלעך אויף צוויי געביטן צוויי פאַראַלעלע ליניעס, זייער נישט קיין גליַיַכע פֿון איינעם צום דער צווייטן. דערוויַיַל האָט מען נישט פֿאַרשטאַנען, פֿון וואַנען עס קומען די פֿילאָסעמיטישע, כמעט סענטימענטאַלע רעדעס פֿון גראָמיקאָ צו די ערשטע פרוּוון וועגן פֿאַרשמעלערן די ייִדישע קולטור-אַרבעט. אַ ביסל שפעטער האָבן די ליניעס זיך אָנגעהויבן אויסגליַיַכן. דער ערשטער אָנזאָג דערפֿון איז געווען דער מאָרד איבער שלמה מיכאָעלס. אָבער דערוויַיַל האָט מען געהאַלטן ביַיַם אָנהייב. די אַלגעמיינע אַנטי-ייִדישע פראָוואָקאַציע איז נאָך נישט געווען אויסגעאַרבעט ביזן סוף. איך בין נוטה צו מיינען אַז אין סטאַלינס מוח האָט דער פלאַן פֿון אומברענגען יעדן נאַציאָנאַלן און קולטורעלן סימן פֿון ייִדישקיַיַט אין ראַטן-פֿאַרבאַנד זיך אָנגעהויבן וועבן מיט אַ סך יאָרן צוריק – באַלד ווי ער האָט איבערגענומען די אָנפֿירונג נאָך לענינס טויט, און אפשר נאָך פֿריִער – דעמאָלט ווען ער האָט אָנגעשריבן זיַיַן דילעטאַנטיש-פאַמפֿלעטיש ווערק "דער סאָציאַליזם און די נאַציאָנאַלע פֿראַגע". ער איז געווען גענוג כיטרע איַיַנצוטיילן די ליקווידאַציע פֿון דער ייִדישער נאַציאָנאַלער אייגנאַרטיקיַיַט אין עטלעכע עטאַפן, כדי דאָס זאָל נישט ריַיַסן די אויגן. דער ערשטער אָנגריף איז געווען אַן אידיאָלאָגישער, און אויסגעפֿירט איז ער געוואָרן כמעט אויסשליסלעך מיט דער הילף פֿון די ייִדישע קולטור-מענטשן און שריַיַבערס גופא, דער אַזוי-גערופֿענער "יעווסעקציע". זיי זענען געווען איבערגעגעבענע פאַרטייליַיַט און זיי האָבן אַליין געטראָגן דאָס מעסער און דאָס פֿיַיַער פֿאַר זייער אומקום לטובת דעם סאָציאַליזם. נאָך דער ערשטער ליקווידאַציע פֿון די דריַיַסיקער יאָרן האָט דער צווייטער עטאַפ געזאָלט זיך אָנהייבן אין די ערשטע פֿערציקער יאָרן. אַ באַוויַיַז דערפֿון זענען געווען די אַרעסטן אין מינסק פֿון זעליק אַקסעלראָד, עליע קאַהאַן און אַנדערע שריַיַבערס. דער אומגעריכטער אָנפֿאַל פֿון היטלערן אויפֿן ראַטן-פֿאַרבאַנד האָט צעשטערט די אַקציע ביַיַם סאַמע אָנהייב. אַ סאָוויעטישע ליקווידאַציע פֿון דער ייִדישער קולטור אין אַ גרעסערן פֿאַרנעם וואָלט געשטערט אינעם שאַפֿן פֿון אַן אַלגעמיינעם אַנטידיַיַטשישן פֿראָנט, אין וועלכן דער ראַטן-פֿאַרבאַנד איז געווען אַזוי פֿאַראינטערעסירט נאָכן קאַטאַסטראָפֿאַלן צוריקטריט פֿון די סאָוויעטישע אַרמייען אינעם יאָר 1941. ערשט ביַיַם סוף פֿון די 40ער יאָרן, נאָכן אָנהייב פֿון דער "קאַלטער" מלחמה, האָט סטאַלין געהאַלטן, אָז עס איז געקומען די ריכטיקע ציַיַט אויף צו פֿאַרענדיקן די ליקווידאַציע פֿון דער ייִדישער קולטור. ערשטנס, גיט דאָס אַ סך מעגלעכקיַיַטן פֿאַר פראָוואָקאַציעס און באַשולדיקונגען אין שפיאָנאַזש און אַנטיסאָוויעטישער טעטיקיַיַט פֿון די ייִדן, וועלכע זענען אַ וועלטפֿאָלק, מיט אַ בשותפותדיקער שפראַך און קולטור; צווייטנס, וועט די אַנטיייִדישע אַקציע "מיטגיין" מיט דער אַלגעמיינער "קאַלטער" מלחמה; און ווי אַ "פֿראַגמענט" פֿון איר, וועט זיך נישט אָנזען איר אַנטיסעמיטישער כאַראַקטער. די ייִדישע שריַיַבערס אין ראַטן-פֿאַרבאַנד האָבן דאָס פֿאָרגעפֿילט אין משך פֿון אַלע יאָרן פֿון סטאַלינס הערשאַפֿט. זייער פחד און פֿאָרזיכטיקיַיַט איז געווען דער וויכטיקסטער שטריך, וואָס האָט זיך געוואָרפֿן אין די אויגן. זיי זענען אַרומגעגאַנגען ווי פֿאַרמישפטע, וואָס ווייסן נישט ווען דער אורטייל וועט ווערן אויסגעפֿירט. זיי האָבן געקוקט אויף מיר מיט אַ באַהאַלטענער קינאה, וויַיַל בקרוב וועל איך דאָך האָבן די מעגלעכקיַיַט זיך אומצוקערן קיין פוילן, דאָס הייסט – אַרויסצופֿאָרן פֿון ראַטן-פֿאַרבאַנד און באַפֿריַיַען זיך פֿון דער שרעק, פֿון דער כסדרדיקער שפאַנונג. איך בין זיכער אַז ווען מע גיט זיי אַ מעגלעכקיַיַט לעגאַל צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד, און אָן דער מינדסטער איַיַנשטעלעניש, וואָלט אַ גרויסער טייל פֿון די סאָוויעטישע ייִדישע שריַיַבערס דאָס געטאָן – אַזוי ווי אַ סך פֿון זיי האָבן דאָס געטאָן מיט יאָרן שפעטער, אין די 60ער און 70ער יאָרן, ביַיַ דער ערשטער מעגלעכקיַיַט פֿון לעגאַלער עליה. פֿון וואַרשע זענען רעגולער אָנגעקומען די ייִדישע ציַיַטונגען וואָס האָבן אָנגעהויבן אַרויסגיין אין פוילן. אַן אַנדער אָטעם האָט זיך געטראָגן פֿון זיי – נישט דער פֿאַרדומפענער און קאַזיאָנער פֿון דעם סאָוויעטיזירטן ייִדיש. דאָרט האָבן זיך געמעגט דרוקן מיַיַנע לידער, וועלכע ס'איז אוממעגלעך געווען צו פֿאַרעפֿנטלעכן אין ראַטן-פֿאַרבאַנד, נישט, חלילה, דערפֿאַר וויַיַל אין זיי איז געווען "אַנטיסאָוויעטישע קראַמאָלע", נאָר פשוט – וויַיַל דער ווייטיק און דער צאָרן זענען דאָרט געווען אָפֿענע ווי די וווּנדן; דער חורבן איז דאָרט געוויזן געוואָרן ווי אַ ייִדישער און נישט פֿאַרדעקט מיט ליגנערישע פֿראַזן. דאָס ערשטע ליד מיַיַנס אין "דאָס ניַיַע לעבן", וואָס איז דעמאָלט אַרויס אין לאָדזש, האָט געהייסן "אָן ייִדן". ס'איז שטיל אין אייראָפע, די ערד איז צופֿרידן. נישטאָ מער קיין שוואַרצע, פֿאַרעקשנטע ייִדן, וואָס פֿירן דעם אומרו אַרום איבער לענדער – נישטאָ מער דאָס פֿאָלק פֿון בינטאַרן און הענדלער. די ייִדישע ציַיַטונגען פֿון פוילן האָט נישט געהאַט קיין פֿאַרשפרייטרעכט אין ראַטן-פֿאַרבאַנד, פונקט ווי די גאַנצע ייִדישע פרעסע פֿון די קאַפיטאַליסטישע לענדער. איינציקע נומערן זענען אָנגעקומען אין דער "אייניקיַיַט". די ייִדישע שריַיַבערס, וואָס פֿלעגן אַריַיַנקומען אין רעדאַקציע האָבן זיי פשוט געריסן פֿון די הענט און זיך מחיה געווען סיַיַ מיט זייער אינהאַלט, סיַיַ מיט זייער ייִדיש – אָן די קאַסטרירטע נונען צום סוף וואָרט און אָן דעם אומגעלומפערטן נאַטוראַליזירטן העברעיִשן עלעמענט. אָבער אבא לעוו, דער ממונה איבער די אויסלענדישע ציַיַטונגען, איז נישט געווען אַזוי מילד ביַיַם דערלויבן אַ קוק צו טאָן אין אַזאַ ציַיַטונג. מסתמא האָט ער געהאַט אַזאַ אָנזאָג פֿון אויבן. איך געדענק אָבער ווי דער יונגער פאָעט יוסף קערלער איז אַרומגעלאָפֿן מיט דער ייִדישער ציַיַטונג פֿון פוילן "דאָס ניַיַע לעבן", וווּ מיַיַן ליד איז געווען אָפגעדרוקט, געוויזן די חברים און געשריגן: "זעט, זעט ווי מע דאַרף שריַיַבן וועגן ייִדישן חורבן, זעט"! מיט אַ וואָך שפעטער האָב איך געטראָפֿן דעם דיכטער לייב קוויטקאָ אויף דער דערשיטערנדיקער אזכרה אין "פֿאַרבאַנד פֿון די פוילישע פאַטריאָטן" (ז. פ. פ.) און ער האָט זיך אָנגערופֿן צו מיר: "דאָס ליד "אָן ייִדן" איז מער ווי אַ ליד. ס'איז מיר איבעריק זיך מתנצל צו זיַיַן אַז איך שריַיַב נישט דאָס אַלץ כדי זיך צו באַרומען מיטן דערפֿאָלג פֿון מיַיַנס אַ ליד. מיט דעם פֿאַקט וויל איך נאָר באַוויַיַזן אונטער וואָסער דרוק די סאָוויעטישע ייִדישע שריַיַבערס האָבן זיך געפֿונען. זיי האָבן אָן אויפֿהער געמוזט פֿאַרשטעלן זייערע געפֿילן, איַיַנהילן זייערע ווערטער אין אַ נעפל און באַוואָרענען זיך בנוגע זייער ייִדישקיַיַט. נאָך דעם ייִדישן חורבן האָבן די סאָוויעטישע ייִדישע שריַיַבערס נישט געטאָרט אפילו שריַיַען ווי ייִדן. זיי האָבן זיך אַליין צענזורירט, כאָטש אַ מאָל זענען די געניטסטע פֿון זיי "אדורכגעפֿאַלן"", אַ שטיַיַגער ווי איציק פֿעפֿער מיט זיַיַן ליד "איך בין אַ ייִד". אין יאָר 1939, אין יענע האָניק-חדשים, ווען שריַיַבער-דעלעגאַציעס פֿון דריַיַ ייִדישע ליטעראַרישע צענטערס אין ראַטן-פֿאַרבאַנד זענען איינער נאָך דער אַנדערער געקומען אויפֿנעמען און דערוואַרעמען די נשמות פֿון די שריַיַבערס-פליטים אין ביאַליסטאָק און לוואָוו, האָבן מיר נאָך נישט געהאַט קיין אַנונג וועגן דעם, אַז צווישן די סאָוויעטישע שריַיַבערס זאָלן זיַיַן אַזעלכע ריַיַסענישן און איינער דעם אַנדערן זאָל אַזוי פֿיַיַנט האָבן. אמת, אין דער ייִדיש-סאָוויעטישער פעריאָדיק נאָך פֿון פֿאַר דער מלחמה האָבן מיר זיך אָנגעשטויסן אויף "קריטיק" וואָס איז נישט פֿריַיַ געווען פֿון פערזענלעכע און "אידעאָלאָגישע" אָנפֿאַלן פֿון איינעם אויפֿן צווייטן און פֿון איין גרופע אויף דער אַנדערער (די ערשטע פֿידל ביַיַ די אָנפֿאַלן און ביַיַם "היטן די ליניע" האָט, ווי באַוווּסט, געשפילט דער רעדאַקטאָר פֿונעם "עמעס", ליטוואַקאָוו), אָבער מיר, די "געכאַפטע אין דער מעשה", די סימפאַטיקערס פֿון דער סאָוויעטישער ייִדישער ליטעראַטור, האָבן פֿאַר פֿרעמדע, און קודם-כל פֿאַר זיך, געפרוּווט די אָ "קריטיק" פֿאַרענטפֿערן מיט פרינציפן און אַנדערע אומשולדיקע מאָטיוון. די שאַרפֿע אָנפֿאַלן אין דער סאָוויעטישער ייִדישער פרעסע נישט בלויז אויף די "קליינבירגערלעכע" ייִדישע שריַיַבערס אין אויסלאַנד, די "משרתים פֿון אימפעריאַליזם און פֿאַשיזם", נאָר אויך אויף אַזעלכע סאָוויעטישע, ייִדישע פאָעטן, ווי לייב קוויטקאָ, משה קולבאַק און אַנדערע, האָבן אונדז וויי געטאָן, אָבער מיר האָבן דעם פֿאַרדרוס געהאַלטן אין זיך און כלפי חוץ האָבן מיר דאָס געפרוּווט פֿאַרגלעטן. אין דער לעצטער ציַיַט איז מיר אויסגעקומען צו לייענען דאָקומענטן פֿון די 30ער יאָרן – בריוו פֿון אַמעריקאַנער ייִדישע שריַיַבערס, צווישן זיי יוסף אָפאַטאָשאָ, וואָס האָבן זיך געבעטן ביַיַ זייערע חברים אין ראַטן-פֿאַרבאַנד, אַז מע זאָל זיי דערמעגלעכן אַריבערצופֿאָרן אין סאָוויעטן-לאַנד, כדי זיי זאָלן דאָרט קענען לעבן בכבודיק פֿון זייער ליטעראַרישער אַרבעט. דער ייִדישער שריַיַבער אין דער גאָרער וועלט, אפילו אין ריַיַכן אַמעריקע, האָט געלעבט אין שווערע מאַטעריעלע באַדינגונגען, אָפֿט מאָל – פשוט אין נויט. צווישן זיי זענען געווען: ה. לייוויק, משה לייב האַלפערן, מאַני לייב, ש. ניגער און אַ סך אַנדערע פֿון דער מיזרח-וואַנט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. אַן אויסנאַם זענען געווען די אייניקע, וועמען ס'האָט געטראָפֿן דאָס גליק צו באַקומען אַ "דזשאָב" אין איינער פֿון די יִידישע ציַיַטונגען. וועגן די ייִדישע שריַיַבערס און פאָעטן אין פוילן איז שוין אָפגערעדט. נויט און אַרבעטלאָזיקיַיַט איז געווען זייער גורל. די דיכטערס ישראל שטערן, יוסף קיאמאַן, הערשעלע און חיים סעמיאַטיצקי האָבן געהונגערט. גאָנצע טעג פֿלעגן זיי פֿאַרברענגען אין ליטעראַטן-פֿאַריין אויף טלאָמאַצקע 13 און אויסגעקוקט אַז עמעצער זאָל זיי פֿונדעווען אַ גלאָז טיי אָדער מכבד זיַיַן מיט אַ פאַפיראָס. וואָס זשע איז דער חידוש, אַז פֿון אַלע "ליטעראַרישע צענטערס" האָט מען געקוקט מיט קינאה און באַוווּנדער אויף די ייִדישע שריַיַבערס אין ראַטן-פֿאַרבאַנד, וואָס לעבן כמעט אַלע פֿון ליטעראַטור און קריגן באַצאָלט "פֿון דער שורה"? בלויז נאַיווע מענטשן האָבן געגלייבט, אַז אין די צוואַנציקער יאָרן האָבן בערגעלסאָן, מאַרקיש, האָפשטיין, קוויטקאָ, קולבאַך זיך אומגעקערט "פֿון דער עמיגראַציע" צוריק אין ראַטן-פֿאַרבאַנד אויסשליסלעך צוליב אידעאָלאָגישע טעמים. אמת, ביַיַ געוויסע פֿון זיי האָט אויך די ראַדיקאַליזאַציע צווישן דער שאַפֿערישער אינטעליגענץ אין מערב געשפילט אַ באַשטימטע ראָל, אָבער דעצידירט האָט דער ווילן פטור צו ווערן פֿון דעם אַרומוואַלגערן זיך אָן אַ סטאַבילן מקום-מנוחה, אָן אַ זיכערן מקור פֿון חיונה און זיַיַן אָפהענגיק פֿון טובה-טוערס, פֿון אַזעלכע רעדאַקטאָרן ווי אב קאַהאַן און ש. י. יאַצקאַן. אפילו מיר, די ייִנגסטע צווישן די פאָעטן, האָבן גחלומט וויגן אַ מעגלעכקיַיַט צו דערשלאָגן זיך צו דער סאָוויעטישער מדינה, צום צוגעזאָגטן לאַנד. אין יאָר 1936 האָבן מיר, איך און משה שולשטיין, אָנגעשריבן אַ בריוו צו איציק פֿעפֿערן. מיר האָבן אים דערציילט וועגן אונדזער ביטערר מערכה, וועגן אונדזער כסדרדיקער אַרבעטסלאָזיקיַיַט, אַז מיר האָבן נישט קיין עלעמענטאַרע באַדינגונגען פֿאַר לערנען און ליטעראַרישע טעטיקיַיַט. דעם בריוו האָבן מיר פֿאַרענדיקט מיט אַ הייסער בקשה, אַז ער, איציק פֿעפֿער, זאָל טאָן אַלץ וואָס מע קען, כדי אונדז אַריבערצונעמען אין ראַטן-פֿאַרבאַנד, וווּ מיר וועלן זיַיַן אין שטאַנד צו לעבן און שאַפֿן פריַיַ און בכבודיק. פֿאַרשטייט זיך, אַז אויף דעם [האַרצריַיַסנדיקן] בריוו האָבן מיר קיין ענטפֿער נישט באַקומען. אין 10 יאָר אַרום, אין 1946, אין מאָסקווע, איז מיר אויסגעקומען צו דערמאָנען זיך אין יענעם בריוו. איין מאָל, ווען כ'בין געזעסן מיט חברים אויף דער באַרימטער סאָפֿקע אין קאָרידאָר פֿון אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, ביַיַם אַריַיַנגאַנג אין קאַבינעט פֿון די צענטראַלע פֿירערס פֿון דער ייִדישער אַרבעט, איז פֿון דאָרט אַרויסגעקומען איציק פֿעפֿער און מיך אַריַיַנגעבעטן אין חדר-מיוחד. דאָרט האָב איך געטראָפֿן – אַחוץ פֿעפֿערן – אויך שלמה מיכאָעלסן, כאַצי דאָברושינען, דוד בערגעלסאָנען, און דוכט זיך אויך לייב קוויטקאָן. פֿעפֿער איז תיכף צוגעטראָטן צום ענין: ס'איז אָנגעקומען אַן אַלאַרמירנדיקער בריוו פֿון איציק מאַנגערן, פֿון לאָנדאָן, וווּ ער געפֿינט זיך אין די לעצטע מלחמה-יאָרן. ער שריַיַבט, אַז ער איז דאָרט אויף גרויסע צרות, אַז די כלל-טוערס אין לאָנדאָן זענען פאַסקודניאַקעס, אַז ער האָט נישט אַף קיין פאַפיראָס און אַז ער גייט אויס פֿון די כוחות. על-כן בעט ער, אַז מע זאָל אים דערלויבן צו קומען אין ראַטן-פֿאַרבאַנד. ער איז זיכער, אַז דאָרט וועט מען אים אַנדערש באַהאַנדלען. ביַיַם לייענען מאַנגער בריוו האָט פֿעפֿער געמאַכט עטלעכע קורצע הפסקות. איך האָב בעת מעשה געהאַט דעם איַיַנדרוק אַז זיַיַנע דיקע ברילנגלעזער ווערן אַ ביסל מער פֿאַרהויכט. איך האָב זיך משער געווען, אַז ער לאָזט אַדורך געוויסע ווערטער אָדער שורות פֿונעם בריוו; ער "רעדאַקטירט" אים. נאָכן ענדיקן לייענען דעם בריוו, האָט ער מיך געפֿרעגט מיַיַן מיינונג: צי וואָלט געווען געוווּנטשן – "פֿאַר אים און פֿאַרן לאַנד" – אַז ער, איציק מאַנגער, זאָל קומען זיך באַזעצן אין ראַטן-פֿאַרבאַנד? איך האָב אַ וויַיַלע געשוויגן. וואָס קען איך זאָגן? ווי קען איך דעצידירן אין דער גורלדיקער פֿראַגע פֿאַרן לעבן פֿון אַ גרויסן ייִדישן פאָעט? איך האָב שוין געוווּסט, וואָס אין די דריַיַסיקער יאָרן איז געשען מיט קאָלבאַקן און מיט כאַריקן, און ערשט מיט עטלעכע יאָר צוריק – מיט אַקסעלראָדן. כ'האָב זיך דערמאָנט מאַנגערן פֿון פֿאַר דער מלחמה, אויף טלאָמאַצקע 13, זיַיַן ברויזנדיקע נאַטור, זיַיַן טבע אַריַיַנצוזאָגן די רעדאַקטאָרן און קולטור-טוערס, זיַיַן נישט איבערקליַיַבן אין ווערטער ווען ער ווערט בייז און נעמט זאָגן זיַיַנע אמתן. ניין, דאָ איז נישט קיין אָרט פֿאַר אים, דאָס איז נישט קיין מקום-מקלט פֿאַר אים. איך האָב געשילדערט איציק מאַנגערן ווי כ'האָב אים געקענט. איך האָב געזאָגט, אַז לויט מיַיַן מיינונג וועט איציק מאַנגערן זיַיַן שווער זיך איַיַנצולעבן אין די באַדינגונגען פֿון דער סאָוויעטישער ווירקלעכקיַיַט צוליב זיַיַן אימפולסיווקיַיַט און זיַיַן נאַטור צו זאָגן דעם אמת אין די אויגן... דאָ האָב איך זיך אַ ביס געטאָן אין דער צונג. אויף פֿעפֿערס פנים האָט זיך באַוויזן דאָס באַקאַנטע שמייכעלע. דאָבראָשין האָט אַריַיַנגעוואָרפֿן אַ חכמה: "מילאַ, די ייִדישע פאָעזיע אין סאָוויעטן-פֿאַרבאַנד וועט מוזן אויסקומען מיט איין איציק" – געמיינט איציק פֿעפֿער. אין יאָרן אַרום, אין רמת אביב, אין דעם קליינעם דירהלה וואָס איציק מאַנגער האָט באַקומען פֿון מדינת ישראל דערצייל איך די געשיכטע מיט זיַיַן ווענדונג צום אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט אין מאָסקווע, אַז מע זאָל אים ראַטעווען פֿון די "ייִדישע פאַסקודניאַקעס אין לאָנדאָן". איך זע, אַז מאַנגערן איז שוין שווער צו דערמאָנען זיך וועגן דעם בריוו וואָס ער האָט געשיקט. צום סוף טוט ער אַ זאָג: "כ'האָב גאָרנישט געוווּסט אַז איר האָט מיר געראַטעוועט דאָס לעבן. וואָס וואָלט פֿון מיר שוין געווען ווען זיי נעמען מיך אַהין"? "מסתמא דאָס זעלבע וואָס פֿון איציק פֿעפֿערן – האָב איך געענטפֿערט – איר דאַרפֿט אָבער נישט איבערטריַיַבן. די סאָוויעטן לאָזן נישט אַזוי ליַיַכט אַריַיַן, פונקט ווי זיי לאָזן נישט ליַיַכט אַרויס. מע וואָלט איַיַך מסתמא סיַיַ ווי נישט געטאָן די "טובה" אפילו ווען איך רעקאָמענדיר איַיַך". איך האָב געהאַט דעם איַיַנדרוק, אַז מאַנגער איז נישט תופס ביזן סוף די קאָמפליצירטקיַיַט פֿון אַ פשוטן ענין – ווען ער ווערט באַהאַנדלט אין ראַטן-פֿאַרבאַנד... איך גיב אָפ אַזוי פֿיל אָרט פֿאַר אַן ענין, וועגן וועלכן מע שריַיַבט געוויינטלעך ווייניק אין טאָגביכער [אָדער אפילו אין מעמואַרן], כדי צו העלפֿן דעם לייענער אַריַיַנדרינגען אין יענעם לאַנד, [וואָס רופֿט זיך "ראַטן-פֿאַרבאַנד". ווען איך שריַיַב די שורות וואָס האָבן, דער עיקר, באַשטימט פֿאַר אַ לייענער פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט, גלייב איך, אַז ביז דער העלפֿט פֿון יענעם יאָרהונדערט ווערט מער אויף אונדזער ערד נישט עקסיסטירן קיין טאָטאַליטאַרער רעזשים, און אים וועט שווער זיַיַן צו באַגריַיַפֿן די געוואַלט-מעטאָדן פֿון אונדזער ציַיַט]. און אויך אין די שטימונגען פֿון די סאָוויעטישע סימפאַטיקערס אין דער וועלט. די אינטעליגענץ פֿון כמעט אַלע לענדער אין דער נישט-קאָמוניסטישער וועלט איז אַ לאַנגע ציַיַט בלינד נאָכגעגאַנגען דעם קאָמוניזם, באַצויבערטע פֿון יענעם "פֿריַיַהיַיַטגלאָק וואָס האָט זיך צעקלונגען אין מאָסקווע" – לויטן אויסדרוק פֿון ראָמען ראָלאַן אין די צוואַנציקער יאָרן. אוודאי און אוודאי האָבן די ייִדישע אַרבעטער און אינטעליגענטן געזען אַן אויסלייז פֿון אַלע זייערע צרות אינעם קאָמוניזם, אין דער וועלט-רעוואָלוציע וואָס האָט געדאַרפֿט ברענגען די גאולה נישט בלויז פֿון דער סאָציאַלער אונטערדריקונג, נאָר אויך פֿון יענע וואָס ווערן גערודפט צוליב ראַסע, גלויבן און נאַציאָנאַלע אָנגעהעריקיַיַט. אין יענע יאָרן איז וולאַדימיר לענין געווען דער אוניווערסאַלער משיח. אַלע ערלעכע מענטשן זענען געווען אָנהענגערס פֿונעם סאָציאַליזם און מאַרקסיזם. עס וואָלט אָבער געווען נישט ריכטיק צו זאָגן, אַז אין די הערצער פֿון די חסידים און נאָכלויפֿערס פֿונעם הערשנדיקן קאָמוניזם האָט נישט גענורטעוועט (? ע"מ 45 שורה 5 מלמעלה) אַן אומרו באַלד ווען ס'האָט זיך אָנגעהויבן דער צוזאַמענשויס צווישן טעאָריע און פראַקטיק אין לאַנד פֿון דער ערשטער סאָציאַליסטישער רעוואָלוציע. דאָס איז שייך אפילו אַ סך פֿון די קאָמוניסטן וואָס האָבן אַקטיוו זיך באַטייליקט אין דער טעטיקיַיַט – אָפֿט אַן אומלעגאַלע – פֿון דער באַוועגונג. איך געדענק גוט זייערע ספקות, זייערע פֿראַגעס אין דער ציַיַט פֿון די ערשטע מאָסקווער "פראָצעסן" און בעת דער ליקווידאַציע פֿון אַלטע באָלשעוויקעס, וויכטיקע פאַרטיי-טוערס און פֿאַרדינסטפֿולע העלדן פֿון דער רעוואָלוציע. די אָ ספקות האָבן אַנטוויקלט אַ רעוואָלט אין די קריַיַזן פֿון די ייִדישע פאַרטיי-טוערס, וואָס פֿון אַזעלכע שיינע און ערלעכע געשטאַלטן ווי הערש-מענד, יצחק דויטשער, ראַבינאָוויטש, וואַסערמאַן און אַ סך אַנדערע אַקטיוויסטן פֿון דער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג. אין דער ייִדישער שריַיַבער-משפחה אין פוילן, צווישן די סימפאַטיקעקס פֿון דער קאָמוניסטישער באַוועגונג, האָבן די ספקות זיך אָנגעהויבן באַוויַיַזן אין יענע יאָרן, ווען מחוץ די גרענעצן פֿון ראַטן-פֿאַרבאַנד האָבן זיך באַוויזן די ערשטע סימנים פֿון פֿאַרקלענערן דעם פֿאַרנעם פֿון דער ייִדישער קולטור-אַרבעט – פֿון דער צאָל ייִדישע שולן, פֿון דער ייִדישער פֿאַרלאַג-טעטיקיַיַט. און ווען עס זענען דערגאַנגען די ידיעות וועגן שאַרפֿע אָנפֿאַלן אין דער סאָוויעטישער פרעסע אויף ייִדישע סאָוויעטישע שריַיַבערס, און באַלד דערנאָך – וועגן דעפרעסיעס און פֿאַרשיקונגען, האָט דער גלויבן אין דער גערעכטיקיַיַט פֿונען קאָמוניזם זיך אַ וועקל געטאָן. די מערהיַיַט פֿון די ייִדישע קאָמוניסטן איז אָבער געבליבן טריַיַ דער אָפֿיציעלער ליניע און "לענינען פֿון היַיַנט", ד"ה סטאַלינען. איך בין געווען פֿון יענע, וואָס זענען געבליבן פֿעלדזנפֿעסט אין זיַיַן טריַיַהיַיַט צום הערשנדיקן קאָמוניזם. ביז איצט קען איך נישט פֿאַרשטיין ווי אַזוי דאָס איז געשען. אין פֿאַרשיידענע שווערע פעריאָדן פֿון מיַיַן לעבן האָב איך דאָך באַוויזן גענוג עקשנות און מוט איבערצוריַיַסן מיט מיַיַן פֿריערדיקער סביבה, אפילו ווען דאָס האָט געדראָט מיט רויניִרן מיך. אין אונדזער שטוב בין איך געווען דער, וואָס איז נישט געגאַנגען אויף קיין שום פשרות מיט די עלטערן, און צוליב דעם האָב איך זיי פֿאַרשאַפֿט אַ סך ווייטיק. אפילו ביַיַ מיַיַן טאַטנס פֿרישן קבר, ביַיַם ביַיַזיַיַן פֿון דער צעבראָכענער מאַמען, פֿון די ברידער, שוועסטער, און די חסידים – די פֿריַיַנד פֿון מיַיַן טאַטן, האָב איך זיך אָפגעזאָגט צו זאָגן קדיש, וויַיַל דאָס אי געווען קעגן מיַיַנע פרינציפן. איך געדענק נאָך דאָס פנים פֿון מיַיַן מאַמען, דעם ווייטיק אַרום איר מויל. איך האָב איר פֿאַרשאַפֿט די גרעסטע חרפה אין איר לעבן. די פֿרומע ליַיַט, די פֿריַיַנד פֿון מיַיַן טאַטן, האָבן נישט פֿאַרשטאַנען וואָס דאָ קומט פֿאָר. אפשר האָבן זיי געמיינט, אַז איך וויל נישט זאָגן קיין קדיש, וויַיַל כ'בין בייז אויפֿן טאַטן, וויַיַל ער האָט מיר אַ מאָל געטאָן אַן עוולה? ווי נאָר דער עולם אויפֿן פראַגער בית-עולם איז זיך פֿונאַנדערגעגאַנגען, בין איך אַוועק, פשוט אַנטלאָפֿן, איינער אליין. איך בין אַרויף אויפֿן טראַמוויַיַ נומער 23 וואָס איז געגאַנגען פֿון בראָדנע קיין וואַרשע. איך בין אַרויף אין דעם צימערל אויף קופיעצקע-גאַס, וווּ איך האָב געוווינט מיט גאָלדען. זי איז נישט געווען אין שטוב. אויף דער לוויה איז זי נישט געגאַנגען: זי איז נישט געווען "גוט-געזען" ביַיַ דער משפחה; אַלע האָבן געוווּסט, אַז מיר האָבן קיין חופה נישט געשטעלט. איך בין אַוועקגעפֿאַלן אויפֿן איַיַזערנעם בעטל און פֿאַרגאַנגען זיך אין אַ געוויין וואָס האָט נאָך אָנגעהאַלטן ווען גאָלדע איז געקומען. ערשט איצט האָב איך געוויינט אויפֿן טויט פֿון מיַיַן טאַטן – דעם מענטש וואָס איך האָב אַזוי געאַכט און ליב געהאַט. און טיף אין מיר האָט אָנגעהויבן אויפֿקומען דער ווייטיק און פֿאַרדרוס, אַז צוליב מיַיַן ניַיַעם גלויבן און זיַיַנע דאָגמעס האָב איך עפֿנטלעך געשינדרט דאָס הייליקסטע ביַיַ אים. פֿופֿציק יאָר איז שוין אַוועק, און ער הערט נישט אויף צו קומען אין מיַיַן חלום – אין וואַרשע, אין פאַריז, אין אַלמאַ-אַטאַ, אין מאָסקווע. קיין איין מאָל זע איך נישט, אַז ער זאָל זיַיַן בייז אויף מיר. און אין לעבן איז ער געווען זייער אַ ייִד, אַ וואָרקער חסיד, אַן ערלעכער מענטש, וואָס האָט יעדן געזאָגט דעם אמת, ווי ביטער ער זאָל נישט זיַיַן. דערפֿאַר אפשר האָט מען אים גערופֿן "דער בייזער נח". ער איז געווען ערלעך, אויפֿריכטיק, פֿיַיַנט געהאַט חנופה און צביעות, און אין תוך האָט ער ליב געהאַט מענטשן. נאָך מיַיַן אומקערן זיך קיין פוילן אין ניַיַיאָר פֿון 1948 האָב איך מיַיַן ערשטן באַזוך געמאַכט אויפֿן פראַגער בית-עולם, אויפֿן אָרט וווּ עס האָט געדאַרפֿט זיַיַן מיַיַן טאַטנס מצבה – לעבן דעם אוהל פֿןן שמואל זביטקעווער. אָבער קיין איין גאַנצע מצבה האָב איך אויף דעם בית-עולם נישט געפֿונען, נאָר שפליטערס פֿון ייִדישן אלף-בית, און צווישן זיי – די ביינער און שאַרבנס פֿון די געשינדטע קברים. אין מיטן פֿון די שערבלעך און שאַרבנס האָבן זיך געפאַשעט קי, אונטער דעם אויפֿזען פֿון בלאָנדע שקצימלעך, און דערנעבן, אָפגעטיילט בלויז מיט אַ נידעריקן פאַרקאַן פֿון פשוטן דראָט, איז געבליבן גאַנץ און געפֿלעגט דער קאַטוילישער צווינטאַזש. דאָרט, אויף די גויישע קברים, זענען געלעגן די שיינע פוילישע בלומען אין אָנהייב פֿון יאַנואַר. איך האָב אַ טראַכט געטאָן, אַז אויב ס'איז דאָ אַ גאָט אויף דער וועלט, וואָלט דאָ, אויפֿן פוילישן צווינטאַזש, געדאַרפֿט זיַיַן אַן ערד-ציטערניש, און נאָך אַ מחשבה: אַז די עוולה, וואָס כ'בין באַגאַנגען אויפֿן פֿרישן קבר פֿון מיַיַן טאַטן, ווערט מיר איצט אַוועקגעשטעלט אויפֿן חשבון פֿון רבוֹנו של עולם: ווי קען מען אכפערן און הייליקן זיַיַן נאָמען? און איצט גיי איך זאָגן קדיש נאָך מיַיַן טאַטן, עליו השלום, אין זיַיַן יעדער יאָרציַיַט, אין דער גרויסער שול פֿון תל-אביב. כאָטש איך פֿיל נישט קיין טעם אין קאַזיאָנע ווערטער, טרייסטן מיך די "אמנס" וואָס איך הער פֿון די פֿרעמדע מתפללים. מיַיַן חשבון הנפש ציט זיך שוין אַ סך יאָרן [און ער וועט מסתמא זיך ענדיקן מיט מיַיַן לעצטן אָטעמצויג]. נישטאָ קיין כפרה פֿאַר די אַלע קרומע גענג, וואָס זענען געווען אַ פועל-יוצא פֿונעם אונטערוואַרפֿן זיך די דאָגמעס פֿון דער סאַמע עקסטרעמסטע אידעאָלאָגיע פֿון אונדזער ציַיַט, און די אויספֿירערס זענען געווען פֿאַרפֿירעריש און פֿאַררעטעריש, זיי האָבן אָפערירט מיט אַרגומענטן, וואָס זענען געווען דער היפוך פֿון זייער מהות. מיט אַ מלאכים-שפראַך האָבן זיי געפֿירט אין גיהנום אַריַיַן. זיי האָבן צוגעזאָגט פֿריַיַהיַיַט, און די וואָס האָבן דערין געגלייבט – געוואָרפֿן אין די טורמעס און לאַגערס, אָדער פֿיזיש אומגעבראַכט. זיי האָבן צוגעזאָגט בילדונג און אַרבעט פֿאַר יעדן איינעם – און געשאַפֿן קאַטאָרגע-באַדינגונגען פֿאַרן פראָלעטאַריאַט. זיי האָבן פֿאַרזיכערט די פֿריַיַע אַנטוויקלונג פֿון קונסט און קולטור ביַיַ אַלע פֿעלקער – און זיי דערשטיקט אין דעם אָטעם פֿון דאָגמאַטישער קריטיק און פֿאַרמאַסקירטן שאָוויניזם. וויַיַזט אויס, אַז מיַיַן שנאה צו דער הערשנדיקער אָרדענונג אין פֿאַרמלחמהדיקן אַנטיסעמיטישן פוילן און דער ווילן זי אומצוברענגען – פֿון איין זיַיַט, און מיַיַן מיטגעפֿיל צו אַלע ליַיַדנדיקע פֿון אָט דעם רישעותדיקן רעזשים, און אויך מיַיַן ווידערווילן צו דער רעליגיעזער סביבה, אין וועלכער איך האָב געלעבט – דאָס האָט מיך געפֿירט צו דעם שאַרפֿסטן קעגנזאַץ, און כ'האָב געפרוּווט שלאָגן איין פֿאַנאַטיזם מיט אַ צווייטן. איין אויסוועג האָב איך געזען: אומברענגען די אַלטע אָרדענונג, וויַיַל זי איז דער מקור פֿון יעדן שלעכטס. אין יענע יאָרן האָב איך באַזוכט דעם פוילישן קוילן-באַסיין אין באָמבראָווער זאַגלעמביע און איך האָב געזען די נויט פֿון די פוילישע אַרבעטער. ס'איז געווען ווינטער, דער טריבער (?? ע"מ 47, שורה 17 מלמעלה) , בלאָטיקער ווינטער פֿון זאַגלעמביע, מיט די שיטערע, שוואַרצע און אָפגעפֿליקטע ביימער. אַ סך קוילן-גרובנס זענען געווען פֿאַרמאַכט און פֿאַרלאָזן. די אייגנטימער, די מאַגנאַטן, זענען געזעסן אין די וואַרעמע לענדער, אָדער פֿאַרברענגט אויף סקי אין די בערג. אין עטלעכע פֿון די פֿאַרלאָזענע גראָבנס, די אַזוי-גערופֿענע "ביעדטשיבן" (ע"מ 47 שורה 14 מלמטה) – אָרעמע שיכטן, האָבן זיך באַוווּגן איַיַנגעבויגענע פֿרויען, איַיַנגעהילטע אין וויגאָניע-טיכלעך, און צונויפֿגעקליבן שטיקלעך קוילן אויף צו באַהייצן די אָרעמע שטובן. די פוילישע פאָליציאַנטן, מיט די לעדערלעך אונטער די גאָמבעס, פֿלעגן אָנלויפֿן אויף אָבלאַוועס און מיט גומענע פאַלקעס האָבן זיי געהאַקט איבער די הויקערטע פלייצעס פֿון די פֿרויען. אויך די געבליבענע שטיקלעך שטיינקוילן זענען געווען דאָס הייליקע אייגנטום פֿון די מאַגנאַטן, וואָס זענען דעמאָלט געזעסן אין ניס אָדער ווענעציע. אין יענער ציַיַט האָט מען אַ סך געשריבן אין דער וועלט וועגן די דעפרעסיעס אין ראַטן-פֿאַרבאַנד, וועגן די טויטאורטיילן נאָכן אַטענטאַט אויף קיראָוון. אויך אין אונדזער סביבה זענען געווען אַזעלכע, וואָס האָבן מיט ווייטיק און פֿאַרדרוס גערעדט וועגן אָט די דערשיַיַנונגען אין לאַנד פֿון סאָציאַליזם. און איך געדענק מיַיַן ענטפֿער צו זיך: דאָ, ביַיַ אונדז אין לאַנד, אין זאַגלעמביע, אין לאָדזש, אויף די "קרעסן", צי אין אַנדערע צענטערס פֿון נויט און אַרבעטלאָזיקיַיַט, וועגעטירן טאָגטעגלעך צענדליקער טויזנטער מענטשן. זיי קומען אום פֿון הונגער, טובערקולאָז און סיפֿיליס. וועמען גייט עס אָן? דאָרט, אין ראַטן-פֿאַרבאַנד, האָט מען ליקווידירט אַזאַ אָרדענונג מיטן כוח פֿון דער פראָלעטאַרישער דיקטאַטור – און אָפגעשאפט די חרפה פֿונעם קאַפיטאַליזם. איז אויב עס קומט אַ גרופע און פרוּווט צוריק אויפֿשטעלן די הערשאַפֿט פֿון די ריַיַכע און פֿון די פריצים, און ווידער אַריַיַנוואַרפֿן די מאַסן אין נויט און אין אומגליק – צי דאַרף די רעוואָלוציאָנער מאַכט נישט רעאַגירן? וועמענס לעבן דאַרף מען שוינען, – פֿון די מיליאָנען ערלעכע אַרבעטער אָדער פֿון דעם הייפֿל קאַפיטאַליסטן און פֿאַררעטער? אַזאַ איז געווען די לאָגיק. איך האָב נאָך דעמאָלט נישט געוווּסט וועגן דעם פֿאַרנעם פֿון די רעפרעסיעס אין ראַטן-פֿאַרבאַנד. יאָ מיר האָבן שוין געהערט וועגן דער צוואַנג-קאָלעקטיוויזאַציע, וועגן דעם פֿאַרשיקן די אַזוי גערופֿענע "קולאַקעס" קיין סיביר און אין אַנדערע וויַיַטע געגנטן. אָבער אַזעלכע שריט זענען דאָך באַרעכטיקט געוואָרן דורך יעדן גוטן קאָמוניסט אין אינטערעס פֿון דער גרויסער סאָציאַליסטישער אויפֿבוי-אַקציע, פֿאַרן דערפֿאָלג פֿונעם פֿינפֿיאָרפלאַן. נאָך אַלעמען האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די פֿרומקיַיַט, וואָס איך האָב נישט געקענט פֿאַרטראָגן אין דער היים, האָב איך מיטגענומען מיט זיך ווען כ'בין אַוועק אויפֿן קעגנזעצלעכן וועג. כ'בין געבליבן פֿרום, נאָר פֿאַר אַן אַנדער אמונה. איך בין וויַיַטער געווען אומטאָלעראַנט און עקסטרעם אין מיַיַנע מיינונגען, אָבער דער שאָדן, וואָס איך האָב מיט מיַיַן ניַיַער "פֿרומקיַיַט" געבראַכט, איז געווען אומפֿאַרגליַיַכלעך גרעסער, ווי דער שאָדן פֿון מיַיַן טאַטנס פֿרומקיַיַט. וועמען האָט זיַיַן פֿרומקיַיַט געשטערט? בלויז מיר ווען איך האָב נאָך געוווינט מיט אים. איך האָב געדאַרפֿט אָפהיטן כשרות און שבת. אָבער מיַיַן אומבאַגרענעצטע טריַיַשאַפֿט צו דער ניַיַער "רעליגיע"? זי האָט געהאָלפֿן אויפֿבליען אַן אָרדענונג, וואָס האָט פֿאַררעכטיקט דאָס פֿאַרוואַנדלען מענטשן אין שקלאַפֿן אויף אַלע געביטן פֿון אַרבעט און געדאַנק. איך טראָג די אחריות פֿאַר דעם רעזשים מיט זיַיַן רישעות און מיט זיַיַנע פֿאַרברעכנס. קיין שום פֿאַרענטפֿער איז נישטאָ. ווען איך האָב אָנגעהויבן שריַיַבן די ערשטע לידער, האָב איך דאָך געחלומט מיט אָפֿענע אויגן וועגן דעם, אַז איך זאָל ווערן ווי משה אין מצרים וואָס האָט באַפֿריַיַט זיַיַנע ברידער פֿון נויט און שקלאַפֿעריַיַ. פֿאַר אַ דיכטער איז נישטאָ קיין פֿאַרענטפֿער. ער טאָר זיך נישט טועה זיַיַן. אַ דערצויגענער אויף דעם תנך, אויף די ווערק פֿון דער קלאַסישער ליטעראַטור – האָב איך תמיד דאָס געשריבענע וואָרט געזען ווי אַ וועג אויסצובעסערן דעם מענטש. די שיינקיַיַט איז ביַיַ מיר געווען ענג פֿאַרבונדן מיטן אמת, די אומגערעכטיקיַיַט איז געווען אידענטיש מיט מיאוסקיַיַט. און דערפֿאַר וויַיַל דאָס שיינע איז ביַיַ מיר געווען דאָס גערעכטע, און דערפֿאַר וויַיַל דעם כוח פֿון מיַיַן אמת האָב איך פֿאַרדאָפלט מיט מיַיַן וואָרט, מיט מיַיַן ליד, בין איך געוואָרן אַ גורם פֿון מיטריַיַסן אַ סך פֿון מיַיַנע בני-דור. מיַיַנע ערשטע לידער זענען געווען מאַניפֿעסטן פֿאַר דער פֿריַיַהיַיַט, ווי שבועות פֿון קאַמף קעגן דעם אומווערדיקער, צביעותדיקער קַפיטאַליסטישער אָרדענונג. די פאָליטישע טוערס פֿון דער קאָמוניסטישער באַוועגונג האָבן געוווּסט ווי אַזוי אויסצונוצן אונדזערע יוגנטלעכע בענקשאַפֿטן און באַגערן פֿאַר זייערע צילן. ווער ווייסט צי ערגעץ וווּ אין דער וועלט האָט מען געקענט זען אַזעלכע ליטעראַרישע אָוונטן, ווי אין וואַרשע, אין ייִדישן ליטעראַטן-פֿאַריין אויף טלאָמאַצקע 13. דער זאַל איז פֿול געווען מיט יוגנט אויף יענע ליטעראַרישע מיטוואָך-אָוונטן, וואָס מ'האָט אַ נאָמען געגעבן "אין אַ פראָסטן מיטוואָך". אויף דער טריבונע זענען געזעסן פאָעטן פֿונעם זעלבן עלטער ווי די צוהערערס אין זאַל. איינער נאָכן אַנדערן זענען זיי אַרויסגעטראָטן מיט זייערע ערשטיקע לידער, אין וועלכע דער שוווּנג איז געווען ווי אַ בשורה פֿון אַ ניַיַער וועלט. די ווערטער האָבן אָנגעצונדן די אויגן פֿון הונדערטער בחורים און מיידלעך. מיט ליבשאַפֿט און פֿאַרערונג האָבן זיי געקוקט אויף זייערע טרובאַדורן. [וואָס האָבן איַיַנגענומען די וועלט מיט זייערע ערשטע לידער]. איינער פֿון יענע בשורה-ברענגער בין איך געווען. אויף דער קליינער טריבונע בין איך געשטאַנען און מיט אַ טרעמירטע שטימע האָב איך אויסגערופֿן מיַיַן ליד: עס קען דאָך זיַיַן אַז מיַיַן גוף זאָל ווערן דערוואָרגן ווי אַ רוף אַ דערשטיקטער אין אַ תפיסהשער קאַמער, און דאָך איז מיר גוט, אַזוי גוט הערן דערהערן אין קלימפער פֿון פֿערדישע טריט און פֿון שאַבליעס דאָס קלינגען פֿון געעפֿנטע טויערן – – נאָך איצט, פֿופֿציק יאָר נאָך יענע אָוונטן אויף טלאָמאַצקע, טרעף איך אויף מיַיַנע אָוונטן אין רמת-גן, אין ניו-יאָרק, אין פאַריז, מענטשן וואָס זענען געווען צווישן דעם אויפֿגעברויזטן יונגן עולם. אַ סך פֿון זיי געדענקען נאָך יענע לידער, וואָס האָבן מיטגעריסן, נישט אַזוי מיט זייער קינסטלערישער שלמות, ווי מיט זייער געוואַגטקיַיַט, מיטן כוח פֿון זייער גלויבן. אַ מאָל טראַכט איך, אַז די יוגנט איז פֿאַרפֿירעריש, אָבער שטענדיק גערעכט. יונגע מענטשן קוקן מיט אָפֿענע און דרייסטע אויגן. זיי האָבן נאָך נישט שלום געמאַכט, נישט געגאַנגען אויף קיין פשרות מיטן לעבן. זיי פֿאַרמאָגן נאָך גאָרנישט – און זיי האָבן נישט וואָס צו פֿאַרלירן, און אפילו ווען זיי שטאַמען פֿון ריַיַכע היימן, באַטראַכטן זיי נישט דאָס פֿאַרמעגן פֿון די עלטערן פֿאַר זייער אייגנס; זיי שעמען זיך אפילו דערמיט. אָבער איך בין געקומען פֿון אַ באַלעבאַטיש-פֿאַראָרעמטער אונטערגייענדיקער שטוב. איך געדענק ווי מיַיַן מאַמע האָט צונויפֿגעשטעלט די קאַרגע אָבער בכבודיקע שבתים. איך געדענק די זאָרג פֿון מיַיַן טאַטן – אַ זאָרג וואָס האָט, דוכט זיך, אויפֿגעפֿרעסן די קאָלירן אויף די ווענט. מיַיַנע עלטערן זענען געווען שפיַיַזקרעמערס אין רוזשיצקיס באַזאַר אין פראַגע, אַ פֿאָרשטאָט פֿון וואַרשע. זייער קראָם איז איַיַנגעגאַנגען פֿון טאָג צו טאָג, און די זעק מיט מעל, קאַשע און אַרבעס זענען פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין טאָרבעס. אין דער ציַיַט פֿון דער סענאַציע-הערשאַפֿט, פֿון דער "אָנשעם"-בויקאָט-פאָליטיק לגבי דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, איז דאָס דערגאַנגען צו דעם, אַז זיי האָבן שוין נישט געהאַט קיין געלט איַיַנצוקויפֿן די נויטיקע אַרטיקלען. איך האָב דעמאָלט שוין געאַרבעט ביַיַ לעדערנע הענטשקעס, און אין ווינטער-סעזאָן האָב איך נישט שלעכט פֿאַרדינט פֿאַר 10-12 שעה אַרבעט אַ טאָג. דאָנערשטיק אין אָוונט פֿלעג איך באַקומען אויסגעצאָלט דעם לוין פֿאַר אַ וואָך. ווען כ'בין אַהיימגעקומען זענען טאַטע-מאַמע שוין געשלאָפֿן; זיי האָבן געדאַרפֿט אויפֿשטיין פֿאַר טאָג. דער טאַטע איז אַוועק עפֿענען די קראָם און די מאַמע האָט גענומען מאַכן שבת. איך בין שטיל אַריַיַן אין שטוב און אַוועקגעלייגט דאָס געלט אויפֿן טיש. פֿאַר זיך האָב איך אַראָפגענומען אַ קליינע סומע בלויז – פֿאַר מיַיַנע טעגלעכע הוצאות. דאָס איז געווען פֿאַר זיי די איינציקע הילף, אַז זיי זאָלן נישט דאַרפֿן פֿאַרמאַכן די קראָם. ווער עס האָט געקענט יענע סביבה און אירע באַגריפֿן, ווייסט, אַז דאָס וואָלט פֿאַר זיי געווען פֿאַרבונדן מיט בושה. בכבודיקע מענטשן האָבן זיך געשעמט מיט פֿאַראָרעמונג. זיי האָבן דאָס גערופֿן "ירידה". אָבער דער אַלגעמיינער עקאָנאָמישער קריזיס האָט זיך פֿאַרשאַרפֿט און איך בין געוואָרן אַרבעטסלאָז. די קראָם איז געוואָרן אויסגעליידיקט, און אַז כ'בין אַהין אַריַיַנגעקומען, האָט מיך פֿאַרקלעמט דאָס האַרצן. טאַטע-מאַמע זענען געזעסן פֿאַרדאגטע און נישט אויסגערעדט קיין וואָרט. די קונים, מיינסטנס פויערים פֿון די אַרומיקע דערפֿער, האָבן אויפֿגעהערט אַריַיַנצושמעקן: קונים האָבן ליב קראָמען מיט אַ סך פראָדוקטן, מיט שמייכלענדיקע, אויפֿגעלייגטע קרעמערס. מיַיַן ברודער נחמן, [דער עלטערער פֿון מיר], איז נאָך געווען אין שטוב. ער האָט זייער ווייניק פֿאַרדינט פֿון זיַיַן אַרבעט ווי אַן אָנגעשטעלטער אין אַ געשעפֿט אויף פֿראַנצישקאַנער-גאַס. אָפֿט האָט אים אויסגעפֿעלט אויף אַ טראַמוויַיַ און ער פֿלעגט אַריַיַנקומען אין קראָם נעמען אַ ביסל קליינגעלט "פֿון שופֿלאָד". נחמן איז געווען פֿיזיש דער שוואַכסטער פֿון די קינדער: ער האָט געהאַט אַ שוואַכן מאָגן און אונטערגעהוסט. דאָס האָט דער מאַמען זייער געשראָקן, וויַיַל איר משפחה-שטאַם איז געווען דורכגעפֿרעסן מיט שווינדזוכט. די עלטערן האָבן זיך געהיט צו זאָגן אים אַ קרום וואָרט; ער איז סיַיַ ווי שטענדיק געווען אומעטיק. דער אונטערגאַנג פֿון אונדזער שטוב האָט זיך גענומען פֿאַרשנעלערן. מיַיַן ברודער ישראל וואָס האָט שוין געהאַט אַ פֿרוי מיט צוויי קינדער, איז געבליבן אָן פרנסה און ער איז אַוועק קיין בעלגיע. זיַיַן משפחה איז געבליבן אָנגעוויזן אויף אונדזער הילף און אויך גענומען צוהעלפֿן "אויפֿעסן די קראָם" איין צימער פֿון אונדזער שיינער דירה אויף זאָמבקאָווסקע-גאַס האָבן מיר פֿאַרקויפֿט דעם שכן. אָבער נישט אַזוי דאָס פֿאַרקלענערן זיך פֿון דער דירה, ווי די אומאויפֿהערלעכע זאָרג, דער אומעט, דאָס אַלט ווערן פֿון טאַטן, זיַיַן קראַנקהיַיַט, האָבן ענג געמאַכט דאָס לעבן. איך האָב אָנגעהויבן אַרויסגיין פֿון שטוב. כ'האָב שוין געהאַט חברים פֿון דער ליטעראַרישער סביבה – אין מיַיַן עלטער, און על פי רוב – מיט מיַיַנע אַספיראַציעס. דער שטילער אומעט און די שטיקעניש אין שטוב האָבן ווי אַ שטורעם זיך אויפֿגעלייזט אין מיַיַנע ערשטע לידער. זיי זענען געווען פֿאַר מיר אַ ברכה. זיי זענען געווען אויפֿפֿרישנדיק ווי מיַיַן ערשטע ליבע.
16טן סעפטעמבער. אָפֿט דוכט זיך מיר אַז כ'בין מגולגל געוואָרן אין אַן אַנדערער וועלט, מיט אַנדערע לאַנדשאַפֿטן און איַיַנוווינערס. אין יענער דירה אויף, דער זאָמבקאָווסקער-גאַס אין פראַגע ביַיַ וואַרשע האָב איך זיך נישט געקענט פֿאָרשטעלן, אַז אין פֿופֿציק יאָר אַרום ווער איך לעבן אין אַ יידישער מדינה, אין ארץ-ישראל, און אַז מיַיַנע אייניקלעך ווערן דאָרט געבוירן ווערן. כ'האָב אפילו טראַכטן נישט געקענט, אַז איך וועל האָבן אַ שייכות צו דער לאַנד. אין יענע יאָרן פֿון די שווערע עקאָנאָמישע קריזיסן און פֿון דער שאַרפֿער ראַדיקאַליזאַציע פֿון די פאָליטישע באַוועגונגען האָב איך שוין געזען דעם אָנהייב פֿון דער סאָציאַלע וועלט-רעוואָלוציע, און כידוע, וועט זי דאָך לייזן אַלע פראָבלעמן, אויך די נאַציאָנאַלע. אומבאַטיַיַטיק האָבן אין מיַיַנע אויגן אויסגעזען די טעטיקיַיַטן פֿון די פֿאַרשיידענע ציוניסטישע פאַרטייען און גרופעס. מישטיינס דעזאָגט: מיט וואָס זיי פֿאַרנעמען זיך! איידער וואָס-ווען, וועט דער גאַנצער בנין פֿונעם קאַפיטאַליזם זיך צעפֿאַלן און די נאַציאָנאַלע באָפֿריַיַונג-באַוועגונג פֿון די ציוניסטן וועט מער נישט נייטיק זיַיַן... נאָר וואָס האָט זיך געעפֿנט די 11טע קאַדענץ פֿון דער כנסת – דעם פאַרלאַמענט פֿון דער אומאָפהענגיקער ייִדישער מדינה וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן דורך מיַיַנע פֿאַרביסענע קעגענערס מיט פֿופֿציק יאָר צוריק. דערקעגן מיַיַנע דעמאָלטיקע אידעען-חברים, די קאָמוניסטן, זיצן אין דעם ישראל-פאַרלאַמענט ווי אַ נישטיקע גרופע פֿון 4 פערזאָן און זיי שריַיַען אויס זייערע אָפאָזיציאָנעלע צווישנרופֿן מיטן זעלבן פֿראַזעאָלאָגישן לשון וואָס איך האָב גענוצט מיט אַ האַלבן יאָרהונדערט צוריק... וואָסער באַטיַיַט האָבן די עטלעכע מענטשן, געבליבענע פֿון אַן אונטערגעגאַנגענער וועלט? וויפֿל פֿון יענע חברים, וואָס זענען יונג געווען צוזאַמען מיט מיר, זענען נאָך געבליבן אויף דער ערד? און אַלטע פֿריַיַנד גייען שנעל אַוועק. די באמת נאָענטע מענטשן זענען יענע, וואָס האָבן געלעבט מיט די זעלבע דערפֿאַרונגען, די זעלבע פֿריידן און פחדים, געזונגען די זעלבע לידער און – געבליבן ביַיַ די זעלבע בענקשאַפֿטן. די ייִנגערע האָבן אַנדערע פנימער און אַנדערע פֿאַרלאַנגען. מיר פֿאַרשטייען נישט זייערע באַוועגונגען און זייער מוזיק. זייערע אַמביציעס זענען אונדז פֿרעמד, זייערע ליַיַדנשאַפֿטן זענען קורצווערדיק, זיי שמייכלען שנעל און רעדן האַסטיק. אויף אַלע שפראַכן רעדן זיי אין זעלבן נוסח, פֿון אַלע שפראַכן מאַכן זיי איין שפראַכיק: גיך-גיך, קאַריערע, ביזנעס. צי פֿאַלט זיי איַיַן אַ מאָל, אַז אפילו די קורצע 70 יאָר פֿונעם מענטשן קענען ווערן אַ טייל פֿון דער אייביקיַיַט? ווייניק בשותפותדיק איז מיר געבליבן אויף דער פֿרעמדער וועלט מיט די איצטיקע באַהערשער אירע. איך בין גליַיַכגילטיק צו די מענטשן פֿונעם איצטיקן דור. נישט כ'האָב זיי פֿיַיַנט און נישט כ'האָב זיי ליב. מיר איז שווער מיט זיי: וויַיַל איך ווייס, אַז זיי גייען צום אונטערגאַנג. און צווישן די אַלע וואָס ווערן געשטויסן אַהין, געפֿינען זיך אויך מיַיַנע נאָענטסטע, מיַיַנע יורשים, די לעצטע פֿון מיַיַן בלוט און גיַיַסט. ווער ווייסט וועגן דעם? און צי דאַרף עס עמעצער וויסן? אָפֿט זעט מען מיך מיט אַ שמייכל אויפֿן פנים. ערנסטע ענינים פטר איך אָפֿט מיט אַ הלצה. מיַיַן פנים בקומט דעם ריכטיקן אויסדרוק בלויז דעמאָלט ווען איך בליַיַב מיט זיך אַליין און כ'בין זיכער אַז קיינער קוקט נישט אויף מיר. דעמאָלט לייג איך אַרויס אויפֿן טיש מיַיַן גאַנצן פֿאַרמעג: די בריליאַנטן, די עכטע פֿריידן און טרערן – זיי זענען זייער ווינציק; און די ספֿקות און ביטערנישן, וואָס דרייען זיך ווי די שלאַנגען – זיי זענען זייער אַ סך. אפילו אין דעם פאַפיר וואָס איך באַשריַיַב איצט, וווּ איך פרוּוו זיי באַהאַלטן אויף שפעטער, אויף די טעג ווען כ'וועל דאָ שוין נישט זיַיַן, קען איך אויך נישט אַלץ אַריַיַנגעבן. איך שעם זיך. איך שעם זיך נישט בלויז [פֿאַר מיַיַנע האַלבע און שטיקלעך שקרים], פֿאַר די טוכלע ווינקלען אין מיַיַן נשמה, נאָר אויך פֿאַר די מומים פֿון פֿריַיַנד, וואָס גייען אָן ווי שיינע מענטשן, און בלויז פֿאַר מיר האָבן זיי זיך אויסגעטאָן. איך ווייס: "אין צדיק בארץ". אָן דעם ביסל רישעות קען דער מענטש נישט עקסיסטירן. דאָס איז דער האַרטער מעטאַל וואָס מאַכט זיַיַן לעבן דויערדיק. די וואָס פֿאַרמאָגן דאָס נישט, ווערן צעטראָטן. דאָס האָב איך געזען בעת דער מלחמה, אין דעם מיליאָניקן געראַנגל צווישן די המונים [פֿון ראַטן פֿאַרבאַנד]. און איך האָב עס ביַיַגעוווינט ביַיַ זיך אין שטוב: פֿייגע און איר טאָכטער גאָלדע זענען אומגעקומען. איך בין געבליבן. אמת, איך גופא בין אויך געווען אויפֿן ראַנד. אין אַלמאַ-אַטאַ האָב איך געווויגן 40 קילאָ. [און קראַנק געוואָרן אויף טובערקולאָז], אָבער איך האָב פֿאַרמאָגט אין זיך עפעס פֿון יענע האַרטקיַיַט וואָס מע רופֿט עס עקשנות, אָדער בייזקיַיַט, אָדער צו-להכעיס. אפשר איז מיַיַן ליד געווען דער מעטאַל וואָס האָט מיך ווידערשטאַנדיק געמאַכט [געהאַט אין מיר דעם עגאָ-צענטריזם] און געהאָלפֿן מיר איבערהאַלטן? קומט דאָך אויס, אַז אויך דאָס ליד, אין וועלכן כ'האָב אַריַיַנגעלייגט מיַיַן נשמה, מיַיַן אמת, איז געווען די סיבה פֿון מיַיַן אויסדויער, פֿון מיַיַן פֿיזישן פֿאַרבליַיַב – פֿאַר איבערלעבן די גוטסקיַיַט אין איר ריינקיַיַט, אַבסאָלוטקיַיַט? גאָלדע. אַ סך וועלן זאָגן אַז איך אידעאַליזיר זי, אַז אויך זי איז מסתמא קיין מלאך נישט געווען; אַז איך טו דאָס דערפֿאַר וויַיַל איך פֿיל זיך שולדיק לגבי איר; איך האָב זי נישט גענוג ליב געהאַט, די ליבשאַפֿט צו די לידער איז ביַיַ מיר שטאַרקער געווען; אַז כ'האָב זי פֿאַרראַטן מיט אַנדערע פֿרויען. אמת. אָבער זי האָט געוווּסט וועגן דעם אַלעמען, און נישט איין מאָל האָט דאָס איר וויי געטאָן. זי האָט עס מיר שטילערהייט געזאָגט – און וויַיַטער ליב געהאַט. איך האָב געטענהט צו איר, אַז אין דער מלחמה טאָר מען קיין קינדער נישט האָבן. מיר זענען נע-ונד. דערצו נאָך איז זי גענייגט צו טובערקולאָז, וויַיַל איר פֿאָטער איז געשטאָרבן פֿון דער קראַנקהיַיַט יונגערהייט. אָבער באַלד אין די ערשטע מלחמה-טעג אין יוני פֿון 1941 איז זי שוואַנגער געוואָרן. שפעטער האָט זי זיך מודה געווען אַז זי האָט בכיוון דערפֿירט צו דעם אין דעם אַוואַקואַציע-צוג וואָס האָט אונדז געפֿירט פֿון ביאַליסטאָק ביז די טויערן פֿון מיטל-אַזיע. ס'איז נאָך געווען אַ מעגלעכקיַיַט נישט צו דערלאָזן דעם געבוירן ווערן פֿונעם קינד, אָבער גאָלדע האָט נישט געוואָלט הערן דערפֿון. "ווער ווייסט – האָט זי געזאָגט – צי מע וועט דיך נישט נעמען אין אַרמיי. דו אַליין האַלטסט דאָך אין איין לויפֿן אויף דער מיליטערישע קאָמיסיע און דו בעטסט זיך אַז מע זאָל דיך מאָביליזירן. זיי נעמען דיך נישט, וויַיַל דו ביסט אַ "ביעזשענעץ", אַ פֿרעמדער, אַ פאָליאַק, אַ "זאַפאַדניק". זיי האָבן נישט קיין צוטרוי צו דעם אויסגעפרוּווטן קאָמוניסט... אָבער אפשר וועסטו פועלן און מע וועט דיך צונעמען? וואָס וועט בליַיַבן? ווער וועט בליַיַבן"? אַזוי האָט זי גערעדט – און אויסגעפֿירט. בעת איר שוואַנגערשאַפֿט זענען מיר צוזאַמען געווען אויף די פֿעלדער פֿונעם קאָלכאָז אין נאָוואָ-אוזיענסק. מיר האָבן געאַרבעט ביַיַם היישניט און דערנאָך ביַיַם אַראָפנעמען דעם וויַיַץ. זי איז געווען די איינציקע צווישן די פֿרויען פֿון די שריַיַבערס וואָס איז אַרויסגעפֿאָרן צו דער שווערער אַרבעט אויפֿן פֿעלד. נאָך דעם ווי מיר זענען איבערגעפֿאָרן קיין אַלמאַ-אַטאַ האָט זי געאַרבעט אין איין פֿאַבריק מיט מיר אין דער מלוכישער פֿוטערוואַרג-פֿאַבריק. איך האָב געאַרבעט אינעם צושניַיַדער-צעך, און זי – צווישן די נייערינס. זי איז געגאַנגען צו דער אַרבעט ווען זי איז שוין געווען אין די הויכע חדשים. צוליב דער שוואַנגערשאַפֿט איז זי געווען כסדר הונגעריק. מיטאָג ציַיַט פֿלעגט מען די אַרבעטער דערלאַנגען די זופ, וואָס מ'האָט געבראַכט אין גרויסע קעסלעך פֿון אַ דרויסענדיקער קיך. איך פֿלעג וואַרטן מיט איר אין עסזאַל. איך האָב געזען אירע אומגעדולדיקע, הונגעריקע אויגן ווען די דערלאַנגערינס האָבן אָנגעהויבן פֿונאַנדערצוטראָגן דאָס עסן. זי האָט קוים געקענט זיך דערוואַרטן. דער וואַקסנדיקער אָרגאַניזם אין איר קערפער האָט אָן אויפֿהער געצויגן ביַיַ איר און געפֿאָדערט. פֿון אַלע שריַיַבערס-פליטים אין אַלמאַ-אַטאַ האָבן מיר געוווינט אין די ערגסטע באַדינגונגען און אין וויַיַטסטן פונקט פֿון שטאָט. דער וועג צו און פֿון דער אַרבעט איז געווען אַ שווערער און אַ לאַנגער, דער באָדן – בלאָטיק און גליטשיק. יעדן פֿרימאָרגן פֿלעגן מיר ביידע שפאַנען צו דער פֿאַבריק, וואָס האָט זיך געפֿונען אין צענטער שטאָט. אין איינעם אַ ווינטערטאָג, ווען כ'בין געשטאַנען ביַיַ דער אַרבעט אין צושניַיַדצעך, האָט מען מיך אַריַיַנגערופֿן אין ביוראָ פֿונעם דירעקטאָר מיכאַילאָוו. דער דירעקטאָר האָט מיר דערלאַנגט די האַנט, גראַטולירט מיך מיט דער בשורה אַז מיַיַן פֿרוי האָט היַיַנט אין דער פֿרי געבוירן אַ מיידל. מ'האָט נאָר וואָס טעלעפֿאָנירט וועגן דעם פֿון דער קליניק. אין אַ שעה אַרום איז געקומען די מאַמע פייגע און ביַיַם אַריַיַנגאַנג אין פֿאַבריק מיר דערציילט גענוי ווי אַזוי דאָס איז פֿאָרגעקומען. אין די וואָכן, ווען גאָלדע האָט זיך שוין געריכט אין קימפעט, איז זי שוין געווען באַפֿריַיַט פֿון דער אַרבעט. איך פֿלעג גיין, ווי תמיד, צו דער אַרבעט גאַנץ פֿרי, ווען אין דרויסן איז נאָך געווען טונקל. אַזוי איז עס אויך געווען אין יענעם טאָג. אין עטלעכע שעה אַרום, ניַיַן אַ זייגער אין דער פֿרי, האָט זי אָנגעהויבן באַקומען שטאַרקע ווייען. צוזאַמען מיט איר מאַמען און מיט דער באַלעבאָסטע ניוראַ האָט גאָלדע אָנגעהויבן גיין אין דער ריכטונג צו שפיטאָל, אין שטאָט אַריַיַן. אין דער גאַנצער געגנט פֿון יומאַשעוואָ-גאַס איז קיין טעלעפֿון נישט געווען. מיט וואָס צוצופֿירן זי אין שפיטאָל איז אויך נישט געווען. ווען גאָלדע איז שוין נישט בכוח געווען צו גיין, האָבן די פֿרויען זי אַריַיַנגעפֿירט אין אַ כאַטע אויפֿן וועג. די באַלעבאָסטע פֿון דער כאַטע האָט גאָלדען אַריַיַנגעלייגט אין בעט, צוגעשטעלט גרויסע טעפ וואַסער אויף דער איַיַנגעהייצטער פליטע. עס האָט נישט לאַנג געדויערט, און די פֿרעמדע פֿרוי האָט אויפֿגענומען דאָס קינד. ערשט דערנאָך איז געקומען אַן אַמבולאַנס און אָפגעפֿירט די מאַמע מיטן קינד אין שפיטאָל אַריַיַן. אַזוי איז געבוירן געוואָרן דינה דעם 16טן מאַרץ אין יאָר 1942. און דאָס איז געווען אַ טייל פֿון גאָלדעס וויאַ דאָלאָראָזאַ. – – יענעם טאָג, ביַיַם אַהיימגיין פֿון דער אַרבעט, האָט מיך צוגערופֿן דער וועכטער, וועמענס אויפֿגאַבע ס'איז געווען אָפצוהיטן מע זאָל נישט אַרויסטראָגן עפעס פֿון פֿאַבריק. ער האָט מיר דערלאַנגט אַ פעקעלע און געזאָגט, אַז דאָס האָט איבערגעלאָזן פֿאַר מיר די פֿרוי פֿונעם דירעקטאָר מיכאַילאָוו – אַננאַ פאַוולאָוונאַ. אין דער היים האָב איך געעפֿנט דאָס פעקעלע און געפֿונען דאָרט עטלעכע גרויסע שטיקער וויַיַסן לייוונט – אויף ווינדלעך פֿאַרן קליינעם מיידעלע. וועגן דער "גנבה" האָבן געוווּסט בלויז דער דירעקטאָר, זיַיַן פֿרוי און דער וועכטער. אַלע דריַיַ האָבן פֿאַרשטאַנען אַז אַזאַ גנבה איז אַ מצווה. אין דער מלוכישער פֿוטער-פֿאַבריק האָב איך, ווי געזאָגט, געאַרבעט אין צושניַיַדער-צעך. באַלד ווי אונדזער שריַיַבער-גרופע איז אָנגעקומען פֿון נאָוואָ-אוזענסק קיין אַלמאַ-אַטאַ, האָב איך אָנגעהויבן זוכן אַרבעט. איך האָב פֿאַרשטאַנען אַז פֿון ליטעראַטור, דערצו פֿון ייִדישער ליטעראַטור, וועט איצט נישט מעגלעך זיַיַן צו לעבן. איך האָב זיך דערמאָנט אין מיַיַן פראָפֿעסיע, ביַיַ וועלכער איך בין געווען באַשעפֿטיקט ביזן אויסבראָך פֿון דער מלחמה – לעדערנע הענטשקעס. אין פאַריז האָב איך אַ שטיקל ציַיַט אויך געאַרבעט ביַיַ קירזשנעריַיַ. אין אַרבעטסאַמט האָט מען מיר געזאָגט אַז אין דער מלוכישער פֿוטער-פֿאַבריק אַרבעט מען אויס אויך מאַנטלען און היטלען פֿון לעדער. אפשר מאַכן זיי אויך הענטשקעס. איך בין תיכף אַוועק אַהין. די פֿאַבריק האָט זיך געפֿונען אין אַ גרויס הויז אין סאַמע צענטער פֿון שטאָט. מיכאַילאָוו דער דירעקטאָר פֿון דער פֿאַבריק, האָט מיך אויפֿגענומען האַרציק און אויך אויפֿמערקזאַם. אפשר האָט מיַיַן לעגיטימאַציע פֿונעם סאָוויעטישן שריַיַבער-פֿאַרבאַנד אויך געמאַכט אויף אים אַן איַיַנדרוק. ער האָט מיך אינפֿאָרמירט, אַז ביז איצט האָבן זיי קיין לעדערנע הענטשקעס נישט אויסגעאַרבעט, אָבער ער וועט אויסנוצן די געלעגנהיַיַט וואָס אַ "פֿאַכמאַן" איז געקומען קיין אַלמאַ-אַטאַ, און אויב ער וועט באַקומען די פֿאָרמעס און מאַשינען, וועט ער זיך באַמיען אַריַיַנצופֿירן אין לעדער-אָפטייל די פראָדוקציע פֿון לעדערנע הענטשקעס. דער דירעקטאָר מיכאַילאָוו האָט נישט געקענט באַקומען די נייטיקע מכשירים – און ער האָט מיך אַוועקגעשטעלט אינעם צושניַיַדער-צעך, ביַיַ דעם אָפטייל פֿון לעדערנע מאַנטלען און היטלען. ביַיַ מיַיַן צושניַיַדער-טיש זענען געשטאַנען נאָך צוויי אַרבעטער: זשדאַנאָוואַ, אַ יונגע פֿרוי, אַ שטילע און קאָנצענטרירטע אין דער אַרבעט, און אַ הויכער, פֿעסטער בחור פֿון אַ יאָר עטלעכע און צוואַנציק. דער בחור האָט שוין דווקא אַ סך גערעדט, דאָס מויל האָט זיך אים נישט פֿאַרמאַכט, אָבער דערביַיַ האָט ער געהאַט פֿיַיַערדיקע הענט. אין דער אַרבעט בין איך געווען זייער נישט באַהאַוונט, די פֿאָרמעס האָבן זיך געמישט, די שער האָט מיר אויסגעזען צו זיַיַן טעמפ, און איך האָב מיט באַוווּנדערונג געקוקט אויף דער שנעלער און זיכערער באַוועגונג פֿון זיַיַנע הענט. אויף מיַיַנע איין פאָר שניט, פֿלעגט ער מאַכן צוויי, און דריַיַ אפילו. ביַיַ מיַיַן אייגנטלעכן פֿאַך, הענטשקעס, בין איך דווקא געווען אַ שנעלער בעל-מלאכה, אָבער אים, וואַסיאַ, וועל איך ביַיַ די היטלען און מאַנטלען קיין מאָל נישט דעריאָגן. מיך האָט געוווּנדערט פֿאַר וואָס מע האָט אים ביז איצט נישט גענומען אין אַרמיי, אָבער געפֿרעגט האָב איך נישט. פֿון זיַיַן אופן רעדן האָב איך געמאַכט אַן אויספֿיר, אַז עפעס איז מסתמא מיט אים נישט אין אָרדענונג, גיכער מאָראַליש אָדער פסיכיש, איידער פֿיזיש. אין אַלגעמיין איז ער געווען אַ פֿריַיַנדלעכער און אַן אָפֿענער. אַ סך מאָל האָט ער מיך פֿאַרבעטן צו זיך. דערביַיַ פֿלעגט ער מיר צוזאָגן, אַז אויף די שבתדיקע "וועטשערינקעס" קומען ביַיַ אים זיך צונויף פֿריילעכע חברה-ליַיַט און אויך קיין שיינע מיידלעך פֿעלן נישט. מע זינגט, מע טאַנצט און ס'איז היימלעך. איך האָב אים דערציילט וועגן מיַיַן משפחה, אַז מיר איז אוממעגלעך אַרויסצוגיין פֿון שטוב, און אים געדאַנקט. מיך האָט אָבער מער אינטערעסירט וועגן וואָס ער רעדט די גאַנצע ציַיַט, וואָס אים אינטערעסירט. אין די שמועסן פֿלעגן אָפֿט זיך באַטייליקן די אַנדערע יונגע אין צעך – נאַסיאַ און וויעראַ. די הויפט-טעמע איז געווען, ווי אין דער גאַנצער וועלט ביַיַ יונגע מענטשן פֿאַרוויילונגען, באַקאַנטשאַפֿטן און אַנדערע געשעענישן פֿון פערזענלעכן כאַראַקטער. אויף דער עפֿנטלעכע רשימה פֿון די פראָצענטער, וואָס די צעך-אַרבעטער האָבן דערגרייכט, בין איך כסדר געבליבן הינטערשטעליק. מע האָט מיר אָנגעהויבן מאַכן פֿאָרוווּרפֿן. און דעמאָלט האָב איך באַמערקט אַ נישט-שיינע זאַך, וואָס דער בחור וואַסיאַ האָט אָפגעטאָן לגבי מיר. עס איז געווען איַיַנגעפֿירט, אַז ווען מ'האָט געבראַכט אַ פאַרטיע לעדער אין צעך, איז וואַסיאַ, דער הויפט פֿון אונדזער אָפטייל, געווען דער פֿאַרטיילער. איין מאָל האָב איך דערזען, אַז די ווייכע פֿעלכלעך קליַיַבט ער אָפ פֿאַר זיך און פֿאַר דער אַנדער פֿרוי לעבן אונדז, און מיר לאָזט ער איבער די סאַמע האַרטסטע. אַ סך פֿון זיי זענען געווען שטיַיַף ווי די בלעכן. איך בין אַוועק צו מיכאַילאָוון דעם דירעקטאָר און אים דערציילט די געשיכטע. ער האָט געפרוּווט פֿאַרגלעטן דעם ענין, געטענהט אַז אפשר איז דאָס געווען אַ צופֿאַל. ווען וואַסיאַס חלוקה האָט עטלעכע מאָל זיך איבערגעחזרט, האָב איך סוף כל סוף אים צוריקגעוואָרפֿן מיַיַן צוטיילונג און אים דערקלערט, אַז איך וועל דאָס נישט נעמען. איך האָב אַוועקגעלייגט די שער און די אַנדערע כלים. אַזאַ זאַך – אַ שטריַיַק! – איז מסתמא צום ערשטן מאָל געשען אין דעם צעך. וואַסיאַ איז געוואָרן בלאַס. אין צעך איז געוואָרן שטיל. אַלעמענס אויגן זענען געווען געווענדט צו אונדזער טיש. נישט מער ווי אין עטלעכע מינוט אַרום איז אַריַיַנגעקומען דער דירעקטאָר און מיך געבעטן צו זיך אין קאַבינעט. דאָרט האָט ער מיר דערקלערט, אַז אויב אפילו וואַסיאַ איז שולדיק, האָב איך נישט געטאָרט איבערריַיַסן די אַרבעט. "איר זיַיַט אַ "ביעזשענעץ", און דערפֿאַר דאַרף מען איַיַך מוחל זיַיַן. אין סאָוויעטן-פֿאַרבאַנד שטריַיַקט מען נישט. די פֿאַבריקן געהערן דעם אַרבעטער-פֿאָלק. גייט צוריק צו דער אַרבעט. איך ווער איבעררעדן מיט וואַסיאַ". נאָך דעם אינצידענט האָב איך זיך צוריקגעשטעלט צום טיש, אָבער לאַנג איז מיר שוין נישט אויסגעקומען צו אַרבעטן דאָרט. איך האָב אָנגעהויבן באַקומען דעם אַזוי גערופֿענעם "ליטערני-פאַיאָק" – די ספעציעלע העכערע נאָרמע פראָדוקטן פֿאַר וויסנשאַפֿטלער, שריַיַבער און קינסטלער. עס האָבן אויך אָנגעהויבן אָנקומען די האָנאָראַרן פֿון מאָסקווער אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, פֿאַר די שאַפֿונגען וואָס איך האָב זיי צוגעשיקט. דאָס אַלץ האָט מיר געסטייעט אויף חיונה פֿאַר דער גאַנצער משפחה. דאָס האָט אויך מעגלעך געמאַכט אַז איך זאָל יעדן טאָג קענען זיצן עטלעכע שעה אין דער אַלמאַ-אַטער שטאָטישער ביבליאָטעק און שריַיַבן מיַיַנע לידער. דאָס טישל אין דעם שטילן ביבליאָטעק-צימער איז געווען פֿאַר מיר ווי אַ גרויסער מתנה – אַן אַנטרין אין די סאַמע שווערסטע טעג.
17טן סעפטעמבער אפשר וואָלט איך וועגן אַלץ געדאַרפֿט שריַיַבן אין דער קעגנוואַרט-פאָרעם. עס איז אַ סברה אַז דאָס וואָס איז געשען מיט צענדליקן יאָרן צוריק, איז מיר קעגנוואַרטיק ווי דער איצטיקער טאָג. וואָס געשעט דען איצט? וואָסער האַפֿט האָט דאָס? שמעון פרס איז געוואָרן פרעמיער. אַ משפט איבער אַ ייִדישער אונטערערדישער טעראָר אָרגאַניזאַציע. אינפֿלאַציע. דאָס אַלץ וועט פֿאַרשווינדן ווי רויך, ווי דער נעכטיקער טאָג, ווי אַן איבערגעליינטע ציַיַטונג, אָבער דאָס וואָס איז געבליבן נאָכן זיַיַער פֿון יאָרן אויפֿן דעק פֿונעם געמיט, דאָס וועט בליַיַבן, מינדעסטנס – אַ ביסעלע לענגער, ווי ס'וועט דויערן איין מענטשלעך לעבן. אָפֿט ווערן מיר די אויגן פֿיַיַכט ביַיַם שריַיַבן די ווערטער און איך הער זיי אויף צו זען. אָבער דערפֿאַר ווערט מיר שפעטער ליַיַכטער אויפֿן האַרצן. מיַיַן גערירטקיַיַט ביַיַם שריַיַבן איז די גאַראַנטיע פֿון דער גערירטקיַיַט פֿון יענעם וואָס וועט עס לייענען. דאָס איז אויך אַ פראָבע פֿאַר מיַיַנע לידער, אַלע לידער, אפילו יענע וואָס כ'וואָלט געוואָלט האָבן נישט-אָנגעשריבן... און אויב עמעצער וועט אַ טראַכט טאָן, אַז דאָס איז דאָס זעלבע, וואָס ליב האָבן זיך אַליין – טאָ זאָל ער! איך וויל עס נישט אָפלייקענען. אַ פאָעט האָט דאָס רעכט און אַ גרונט זיך ליב צו האָבן. איינער אַזאַ האָט געפֿונען פֿאַר דעם אַ שיינע פֿאָרמולע: "איך בין אַ מיליאָן, וויַיַל איך ליַיַד פֿאַר מיליאָנען!" דאָס מיינט, אַז זיַיַן ליבשאַפֿט צו זיך איז נאָר אַ משל פֿאַר זיַיַן ליבשאַפֿט צו מיליאָנען. און אפשר פֿאַרקערט, אָבער די אונטערשטע שורה איז די זעלבע. דער פאָעט אריה שמרי, מיַיַנער אַ חבר, האָט געזאָגט דאָס פֿאַרקערטע: "אויב אַ ליד רופֿט אַרויס טרערן, איז דאָס נישט קיין סימן פֿון הויכער קוואַליטעט". ער האָט גוט געקענט די קוואַליטעט פֿון מיַיַן ליד. ער איז אויך געווען פֿון יענע קלוגע דיכטער וואָס ווייסן ווי אַזוי צו שאַפֿן זיך נוצלעכע טעאָריעס. און ער איז נישט געווען דער איינציקער מיט דער אָ טעאָריע; ער האָט אַ סך יורשים-אָנהענגער פֿון "טרוקנקיַיַט" אין דער דיכטונג. וועט מען דאָך זאָגן, אַז אויב איך בוי מיַיַנע מיינונגען וועגן פאָעזיע אַזוי ווי ס'איז מיר באַקוועם, דאָס הייסט – פֿאַר מיַיַן אייגענעם נוסח פֿון שאַפֿן? מילא, איז אויך פֿאַרפֿאַלן. אַנדערש קען עס נישט זיַיַן. דאָס האָט שוין אַ שייכות צו מיַיַנע באַוועגונגען, צו מיַיַן פנים, צו מיַיַן אופן פֿון רעדן. אַנדערש וועל איך נישט זיַיַן אפילו ווען כ'וויל נאָך אַ מאָל געבוירן ווערן, און אפשר דעמאָלט – אויך נישט. – – נישט לאַנג נאָך דעם ווי דינה איז געבוירן געוואָרן, איז די מאַמע פייגע געשטאָרבן. אַ ביסל שפעטער האָט ניוראַ, אונדזער באַלעבאָסטע, אַרויסגעוואָרפֿן אונדז פֿונעם קיכל און אָפגעגעבן אונדז צום וווינען איר חזיר-שטעלכל. דאָרט איז געווען אָרט, אַחוץ פֿאַרן וויגל, אויך פֿאַר צוויי ברעטער-נאַרעס פֿאַזע די ווענט. גאָלדע איז געווען קלענער פֿון מיר, האָט זי בעסער געקענט זיך אַן עצה געבן מיט דעם קורצן געלעגער. איך אָבער האָב געמוזט שלאָפֿן מיט איַיַנגעקורטשעטע פֿיס, און ווען כ'בין אויפֿגעשטאָנען אין דער פֿרי, האָט עס געדויערט ביז כ'האָב זיי געקענט אויסגליַיַכן. די בלאָטע אַרום אונדזער הויז און אויפֿן פֿעלד דערנעבן איז געפֿרוירן געוואָרן און איבערן איַיַז איז אָנגעפֿאַלן אַ שניי. קעגן איבער, אויף יענער זיַיַט פֿעלד, האָט געוווינט אַ פֿרוי, וואָס האָט פֿאַרקויפֿט מילך פֿון איר קו. יעדן אינדערפֿרי איז גאָלדע געגאַנגען איבערן פֿאַרשנייטן איַיַזפֿעלד מיט אַ קריגל אין האַנט, כדי צו ברענגען מילך פֿאַרן קינד. אומגעריכט איז געוואָרן וואַרעמער און דאָס איַיַז האָט אָנגעהויבן טיַיַען. גאָלדע איז, ווי תמיד, געגאַנגען נאָך מילך איבערן פֿעלד, כדי צו קירצן זיך דעם וועג. דאָס איַיַז האָט זיך איַיַנגעבראָכן. גאָלדע איז אַריַיַנגעפֿאַלן אין דעם קאַלטן וואַסער. זי איז צוריקגעקומען אָן מילך, אַן אויסגעווייקטע און געפֿרוירענע. זי האָט געציטערט און געשוידערט. איך האָב זי אויסגעטאָן און געווישט מיט די עטלעכע אַלטע האַנטיכער אונדזערע. גאָט מיַיַנער! ווי אויסגעדאַרט זי איז געווען! פֿון אירע פֿריִערדיקע ראָזע און פֿולע ברוסטן איז כמעט גאָרנישט געבליבן. זי האָט נאָך אַלץ געציטערט. אירע ציין האָבן געקלונגען. איך האָב זיך אַוועקגעלייגט לעבן איר און געפרוּווט זי דערוואַרעמען מיט מיַיַן גוף, וואָס האָט אויך אויף זיך קיין סך פֿלייש נישט געהאַט. ענדלעך האָט זי אויפֿגעהערט שוידערן, אָבער דעמאָלט האָט זי אָנגעהויבן וויינען. די טרערן זענען אַרויס פֿון די אויגן-ווינקלען און געגליטשט זיך איבער די באַקן, פאַמעלעך און שטיל. פֿון דעמאָלט אָן האָט זי אָנגעהויבן הוסטן. דאָס פֿאַרקילן זיך האָט צוגעאיַיַלט די קראַנקיַיַט וואָס האָט שוין פֿון לאַנג געהויערט אויף איר. נאָך חדשים פֿון פרוּוון, אַנאַליזן און דורכליַיַכטונגען האָבן די דאָקטוירים פֿעסטגעשטעלט: טובערקולאָז פֿון די לונגען.
דעם 18טן סעפטעמבער. איך קום איצט פֿון גאַס, פֿון צענטער שטאָט. וואָסערע גאָלדענע טעג! אַ שאָד נאָר וואָס די טראָטואַרן פֿון דער שטאָט תל-אביב זענען תמיד אין די סוף-זומערדיקע טעג אַזוי קלעפיק און שמוציק. מיט 28 יאָר צוריק, ווען כ'בין דעם ערשטן מאָל געגאַנגען אויף אַלענבי-גאַס, האָב איך דאָס נישט באַמערקט. דאָס האַרץ איז געווען אַזוי פֿול מיט ניַיַע איַיַנדרוקן און איבערלעבונגען, אַז איך האָב בלויז געזען דאָס פֿלייצנדיקע ליכט פֿונעם הימל ביַיַ טאָג און די שלווהדיקע רו אין אַוונט. און אפשר האָט די שטאָט דעמאָלט אַנדערש אויסגעזען – ייִנגער און פֿרישער. ווייניקער מענטשן האָבן געטראָטן אויף די שמאָלע טראָטואַרן. ס'איז נאָך נישט געווען אַזוי פֿיל פלאַסטיקמיסט אויף צו וואַרפֿן הינטער זיך. די באַציִונג פֿונעם תושב צו זיַיַן שטאָט איז געווען אַן אינטימערער. איצט איז ער בדרך-כלל גליַיַכגילטיק צו איר – נישט ער האָט ליב און נישט ער האָט פֿיַיַנט די טומלדיקע, אָנגעפאַקטע שטאָט. ער לויפֿט זי אַדורך ווי אַן אָפקומעניש, און ער דאַנקט גאָט, אַז די פֿיס קלעפן זיך נישט צו צו די צעשפאָלטענע פֿירעקן פֿון די טראָטואַרן. דעמאָלט, מיט 28 יאָר צוריק, איז יעדער זאַך אין תל-אביב געווען אַן אָפפֿרישונג און אַ דערפֿרייענדיקער קעגנזאַץ צו וואַרשע, פֿון וואַנען מיר זענען געקומען. מיט אַ מאָל האָב איך פֿאַרגעסן די ברייטע וואַרשעווער גאַסן, די אַלייען, די רחבותדיקע פלעצער און פאַרקן פֿון דער פוילישער הויפטשטאָט, און דערזען האָב איך פֿאַר זיך אַ שטאָט פֿון בלויז ייִדן. דאָס איינע האָט צוגעדעקט די אַלע חנען און שייניקיַיַטן פֿון וואַרשע. צי האָב איך דעמאָלט געקענט באַמערקן, אַז דער ברוק פֿון דער ייִדישער שטאָט איז נישט געוואַשן? צי האָב איך געדאַרפֿט דערזען, אַז די גאַסן פֿון תל-אביב זענען שמאָל און שלעכט ברוקירט? ייִדן. אומעטום ייִדן, בלויז ייִדן. און איך בין איינער פֿון זיי, איינער צווישן זיי. קיינער פֿון די דורכגייערס וואַרפֿט נישט אויף מיר זיַיַנע דורכנעמענדיקע בליקן און פֿאָרשט נישט מיַיַן אויסזען. איך בין נישט אַנדערש פֿון אַלע. מיט אַ מאָל בין איך געוואָרן באַפֿריַיַט פֿון דעם פֿרעמדקיַיַט-געפֿיל, וואָס איז מיר נאָכגעגאַנגען דאָס גאַנצע לעבן – מיטן אויסנאַם פֿון קורצע פעריאָדן אין פאַריז און אין ראַטן-פֿאַרבאַנד. איך האָב זיך דערפֿילט גאַנץ און פֿריַיַ. דעמאָלט, אין יאָר 1956 האָב איך נאָך געטראַכט צוריקצופֿאָרן קיין פוילן. נישט דערפֿאַר וויַיַל ס'האָט מיך געצויגן אַהין, נאָר וויַיַל איך האָב דאָס געפֿילט ווי אַ חוב. איך בין געווען אַ פוילישער בירגער און אַרויסגעפֿאָרן פֿון פוילן מיט מיַיַן פֿרוי און טאָכטער בין איך ווי אַ טוריסט, אויף אַ באַזוך ביַיַ דער משפחה. אויף די אָוונטן וואָס מ'האָט איַיַנגעאָרדנט לכבוד מיר אין ייִדישן שריַיַבער-פֿאַריין און אין די ישראלדיקער קאָמוניסטישער פאַרטיי, בין איך אַרויסגעטראָטן ווי אַ פוילישער בירגער און אַ מיטגליד פֿון דער פוילישער קאָמוניסטישער פאַרטיי – כאָטש איך בין שוין גאָר געווען וויַיַט פֿון די היגע קאָמוניסטן, און בכלל האָבן די ייִדישע קאָמוניסטן פֿון פוילן אַנדערש געטראַכט ווי די ישראלדיקע, און ס'איז אפילו געקומען צו שאַרפֿע וויכוחים צווישן מיר און זייערע פֿירערס. אויפֿן אָוונט אין שריַיַבער-פֿאַריין – אַ קבלת-פנים, האָט עס געהייסן – איז מיר אויסגעקומען צו פאָלעמיזירן מיט די פֿאָרשטייערס פֿונעם פֿאַריין און אויך אָפענטפֿערן אויף שאַרפֿע צווישנרופֿן פֿון די צוהערערס, מיינסטנס, ייִדישע שריַיַבערס און קולטור-טוערס. אויף דער מסיבה פֿון דער קאָמוניסטישער ציַיַטונג "קול העם", וואָס איז געפֿירט געוואָרן אונטערן פֿאָרזיץ פֿון משה סנה, איז מיר באַשערט געווען אַ האַרבע דיסקוסיע מיטן פֿירער פֿון דער קאָמוניסטישער פאַרטיי אין ישראל. דאָס איז געווען סעפטעמבער 1956, נאָך די געשעענישן אין פויזן און אַ ריי אַנדערע אַרויסטריטן קעגן דער רעגירונג אין פוילן. די מאַסן זענען געווען אויפֿגעגרויזט צוליב דער שווערער עקאָנאָמישער לאַגע און די שטימונגען זענען געווען אַנטי-סאָוויעטיש. ס'איז שוין געווען נאָך כרושטשאָווס אַנטפֿלעקונגען וועגן סטאַלינס פֿאַרברעכנס. ספעציעל שווערע פראָטעסטן האָבן זיך געהערט צווישן דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין פוילן נאָכן אויפֿדעקן די בלבולים קעגן די סאָוויעטישע ייִדישע דאָקטוירים, נאָך דער ליקווידאַציע פֿון דער ייִדישער קולטור און אירע שאַפֿערס, און נאָך די טרויעריק-באַרימטע פראַגער פראָצעסן. צווישן די ייִדן אין פוילן איז געשטיגן דער דראַנג אַרויסצופֿאָרן קיין אויסלאַנד, דער עיקר – עולה צו זיַיַן קיין ישראל. אין די פאַרטיי קריַיַזן פֿון פ. ז. פ. ר. (די פוילישע קאָמוניסטישע פאַרטיי) זענען פֿאָרגעקומען אָפֿענע און שטורמישע דיסקוסיעס וועגן סטאַליניזם און זיַיַנע פֿאַרברעכנס. כמעט אַלע פאַרטיי-מיטגלידער האָבן שוין געקענט דעם געהיימען באַריכט פֿונעם צוואַנציקסטן קאָמוניסטישן צוזאַמענפֿאָר אין מאָסקווע. די שטעלונג פֿון די באַזונדערע קאָמוניסטישע פאַרטייען אין דער וועלט איז נישט געווען קיין איינהייטלעכע. די פאַרטיי אין ישראל האָט נאָך געהאַלטן "פֿון פֿאָרנט". דאָס האָט אין אַ געוויסע מאָס, זיך גענומען אויך דערפֿון וואָס אַ טייל פֿון דעם פאַרטיי-אַקטיוו דאָרט איז באַשטאַנען פֿון "נעאָפֿיטן", מענטשן, וואָס זענען אַריַיַן אין דער קאָמוניסטישער באַוועגונג אין די לעצטע יאָרן, גראָד בעת די שווערסטע פֿאַרברעכנס פֿונעם קאָמוניזם און זיַיַן אַנטיסעמיטישן קורס – און זיי, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון משה סנה, און אַדאָלף בערמאַן, זענען געווען די אייפֿעריקסטע ביַיַם פֿאַרטיידיקן און ריינוואַשן דעם סאָוויעטישן רעזשים פֿון די אַלע מעשים. די קאָמוניסטישע פאַרטיי אין ישראל איז געבליבן צווישן די "האַרטע", צווישן יענע פאַרטייען, וואָס זענען טריַיַ געבליבן דעם קרעמעל, און אין דעם נוסח טאַקע האָט משה סנה געעפֿנט די מסיבה לכבוד מיר מיט זיַיַן "באַגריסונג": – מיר נעמען איצט אויף אַ חשובן מיטגליד פֿון דער פאַרטיי אין פוילן, אַן אָנגעזעענעם ייִדישן דיכטער... אָבער אין אַזאַ סיטואַציע איז אונדזער חברישער חוב צו זאָגן דעם אמת: אונדזער וועג, דער וועג פֿון דער קאָמוניסטישער פאַרטיי אין ישראל, איז נישט דער וועג פֿון דער פוילישער קאָמוניסטישער פאַרטיי... יענער וועג האָט דערפֿירט צו רעוויזיאָניזם, צו "פויזן", צו אַנטיסעמיטיזם... אונדזער וועג איז דער וועג פֿון דער גרויסער פֿראַנצויזישער קאָמוניסטישער פאַרטיי... אונדזער וועג איז דער וועג פֿון דער רומפֿולער קאָמוניסטישער פאַרטיי אין ראַטן-פֿאַרבאַנד... משה סנה, אַ מענטש מיט הומאָר און חן, האָט פֿאַרענדיקט זיַיַן באַגריסונג אין גוטן מוט: ער האָט געטאָן דאָס פֿאַרקערטע פֿון בלעמען. ער האָט מיך געדאַרפֿט באַגריסן, בענטשן, און לסוף האָט ער זיך געבייזערט און אויסגעשאָטן אַלע טענות צו דער פוילישער פאַרטיי אויף מיַיַן קאָפ. אָבער איך האָב אים געענטפֿערט גאַנץ ערנסט, אַזוי ווי ס'איז מיר געווען אויפֿן געמיט: – חבר משה סנה, איר האָט אָנגעוויזן דעם איינציקן ריכטיקן וועג פֿון קאָמוניזם, דער וועג דאַרף זיַיַן גילטיק אויך פֿאַר פוילן. וואָלט איך איַיַך פֿאָרגעלייגט, אַז איר זאָלט אויף אַ געוויסער ציַיַט אַראָפפֿאָרן קיין פוילן, אָבער איר זאָלט דאָרט נישט וווינען נישט אין האָטעל "בריסטאָל" און נישט אין האָטעל "וואַרשאַוואַ", נאָר אין אַ באַשיידענער דירה, צווישן פשוטע אַרבעטער, און איר זאָלט אַ געוויסע ציַיַט לעבן ווי זיי, און צוזאַמען מיט זיי. איר זאָלט שטיין אין די רייען נאָך פראָדוקטן און הערן ווי זיי רעדן, וואָס זיי זאָגן... אַז איר וועט אַזוי פֿאַרברענגען אַ חודש-צוויי אין פוילן, וועט איר בעסער פֿאַרשטיין וואָס "פויזן" איז געווען, און איר וועט קענען וויַיַזן דעם ריכטיקן וועג פֿון פוילן... אין עטלעכע וואָכן אַרום איז וולאַדיסלאַוו גאָמולקאַ שוין געשטאַנען בראש פֿון דער מאַכט אין פוילן. דער צענטראַל-קאָמיטעט פֿון דער קאָמוניסטישער פאַרטיי אין ישראל האָט איַיַנגעאָרדנט פֿאַר מיר אַ געזעגענונג-אָוונט. און דעמאָלט האָט משה סנה מיך געזעגנט שוין מיט אַזעלכע ווערטער: – בינעם העלער פֿאָרט איצט צוריק קיין פוילן, אין דעם לאַנד וווּ אין שפיץ פֿון דער רומפֿולע קאָמוניסטישע פאַרטיי שטייט דער אָנערקענטער און גרויסער פֿירער פֿונעם פוילישן פֿאָלק, דער העלדישער און טריַיַער קאָמוניסט וולאַדיסלאַוו גאָמולקאַ... אינעם לאָקאַל פֿון צענטראַל קאָמיטעט פֿון דער קאָמפאַרטיי אין ישראל איז געהאַנגען אַ בילד אויף דער וואַנט קעגן איבער דער טריבונע. דאָס בילד האָט פֿאָרגעשטעלט אַ מאַסן-דעמאָנסטראַציע אין אָנגענומענעם נוסח: רויטע פֿענער, טראַנספאַרענטן און געביילטע פֿויסטן. אין מיַיַן געזעגענונג-ענטפֿער האָב איך צווישן אַנדערן געזאָגט: "טייערע חברים, איך דאַנק איַיַך פֿאַר איַיַערע ברכות, און דער עיקר – פֿאַר דער אויפֿריכטיקיַיַט פֿונעם פֿאָרזיצער, חבר משה סנה... מע דאַרף זיך אָבער פֿאַרטראַכטן, פֿאַר וואָס די קאָמוניסטישע פאַרטיי אין ישראל איז אַזוי וויַיַט פֿון צו זיַיַן אַ מאַסן-באַוועגונג. צי זאָגט דאָס נישט עדות, אַז איַיַער פאָליטיק, איַיַער ליניע, איז נישט פאָפולער ביַיַם אַרבעטער און פֿאָלקסמענטש? איך ווינטש איַיַך דעריבער, אַז דאָס אַ בילד וואָס הענגט קעגן איבער אונדז זאָל ווערן אַ ווירקלעכקיַיַט – אויף די גאַסן פֿון תל-אביב, חיפה און ירושלים"... פֿון די שיטערע אַפלאָדיסמענטן האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז די חברים אויפֿן זאַל זענען נישט זייער געווען צופֿרידן פֿון מיַיַן רעדע. איך בין צוריקגעפֿאָרן, אָבער קיין פוילן בין איך נישט דערפֿאָרן. אין משך פֿון די קומענדיקע חדשים איז אונטערגענומען געוואָרן אַ "אינטערנאַציאָנאַלע" אַקציע מיך צוריקצוברענגען קיין פוילן. מ'האָט מאָביליזירט דערצו "גוטע חברים" פֿון פאַריז, מ'האָט געשיקט ספעציעלע שליחים, קאָמוניסטן פֿון אַמעריקע און אויך פֿון וואַרשע [– הערשל גאָלדפֿינגער (הערשל טשאפ)], כ'האָב באַקומען טעלעפֿאָנען און בריוו פֿון די [הערשל סמאָליאַר און דוד ספֿאַרד], אָנפֿירנדיקע ייִדישע חברים, מיט בקשות און חרמות אַז איך זאָל צוריקקומען. [די זייער איבערגעגעבענע ריווע ספֿאַרד] מע האָט מיר פֿאַרזיכערט דורכן טעלעפֿאָן וואַרשע-בריסל, אַז יעדער ציַיַט, אויב כ'וועל נאָר וועלן אַרויסצופֿאָרן פֿון פוילן, וועל איך דאָס קענען טאָן לעגאַל, פֿראַנק און פֿריַיַ. און מע וועט מיך באַגלייטן מיט בלומען. ווען דער טעלעפֿאָן געשפרעך האָט זיך געענדיקט האָב איך פֿאַר הדהסן איבערגעטראַכט דאָס געשעענע אויפֿן קול: "איך שטעל זיך פֿאָר וואָס עס באַוועגט זיי צו טעלעפֿאָנירן. און וואָס שייך די בלומען, האָב איך שיר נישט געענטפֿערט, אַז אויב באַגלייטן מיך מיט בלומען, קען עס אפשר זיַיַן אויפֿן זעלבן וועג וווּ מ'האָט באַגלייט משה בראָדערזאָנען: אויפֿן בית-עולם"...
20טן סעפטעמבער צי איז דאָס עצם שריַיַבן אַן אַקטיווע זאַך, אַן אַרבעט, אַ פראָפֿעסיע? אַ סך לידער האָב איך שוין געשריבן, ביכער אַרויסגעגעבן, און דאָך – ערגעץ וווּ איז פֿאַראַן ביַיַ מיר אַ געפֿיל, אַז נישט דאָס איז דער עיקר, נאָר אַ ביַיַזאַך, אַ באַדערפֿעניש פֿאַר דער נשמה. איך שטיי אויף אין דער פֿרי, גאָל זיך און וואַש זיך, און זיץ זיך צום שריַיַבטיש. דאָס איז מיַיַן אויפֿטו, דאָס וועט זיַיַן מיַיַן אַרבעט במשך פֿונעם טאָג. איך האָב דאָס געפֿיל, אַז אין אים וועט פֿעלן עפעס ממשותדיקס, אַז אַחוץ דעם שריַיַבן, דאַרף מען עפעס טאָן. אין מיַיַן סביבה איז בכלל צו שריַיַבעריַיַ געווען אַ באַציונג ווי צו אַ בטלנוטדיקער באַשעפֿטיקונג. דאָס פֿאָלק האָט געוווּסט אַז פֿון דעם קען מען קיין פרנסה נישט האָבן און מ'האָט עס געהאַלטן פֿאַר אשרדין: פֿון אַזאַ מין זאַך דאַרף מען טאַקע קיין פרנסה נישט האָבן. ערשט ווען איינער אַזאַ האָט אָנגעהויבן אַרבעטן אין אַ ציַיַטונג, איז ער עולה לגדולה געוואָרן, אַ שריַיַבער, אַ פראָפֿעסיאָנאַל – האָט ער געמעגט זיַיַן דאָרט דער סאַמע לעצטער רעפאָרטער. די באַשטעטיקונג פֿאַר זיַיַן אַ שריַיַבער איז געווען דאָס באַקומען באַצאָלט דערפֿאַר. די אַנדערע, די "ליידיק-גייערס", געזעסן אין ליטעראַטן-פֿאַריין און געמאָטלט – זיי זענען געווען שלימזלעך, גראַמען-פֿלעכטערס, מחברים פֿון פאָעזיעס וואָס קיינער פֿאַרשטייט נישט און קיינער דאַרף נישט. זייערע שאַפֿונגען דרוקט מען איין מאָל אין יאָר אין אַלמאַנאַכן און יובל-אויסגאַבעס – גראָבע העפֿטן אַזעלכע, וואָס ווערן פֿאַרשפרייט אין עטלעכע הונדערט עקזעמפלאַרן. לאַנגע יאָרן איז דאָס שריַיַבן נישט געווען מיַיַן פרנסה. פֿאַרדינט געלט האָב איך פֿון פֿיזישער אַרבעט – איך בין געווען אַ הענטשקע-מאַכער. דאָס איז געבליבן אָפֿיציעל מיַיַן באַשעפֿטיקונג אפילו דעמאָלט ווען כ'האָב שוין געהאַט אַרויסגעגעבן לידער-זאַמלונגען, רעדאַקטירט זשורנאַלן און געווען אַ מיטגליד אין רעדאַקציעס און שריַיַבער-אָרגאַניזאַציעס. בעת מיַיַן פאַספאָרטיזאַציע אין ביאַליסטאָק, אין יאָר 1940, האָב איך אין דעם סאָוויעטישן אידענטיפֿיקאַציע-דאָקומענט נאָך פֿיגורירט ווי "הענטשקע-מאַכער", כאָטש איך בין געווען רעדאַקטאָר פֿון דער ליטעראַטור-זיַיַט אין "ביאַליסטאָקער שטערן" און מיַיַנס אַ בוך לידער איז אַרויס אין מינסקער מלוכהשן פֿאַרלאַג. נאָך דער ייִדישער ליטעראַטור איז נאָכגעגאַנגען דער שאָטן פֿון אויטאָדידאַקט. ייִדישע שריַיַבערס האָבן אַלץ געלערנט אַליין, און אַלץ געוווּסט בעסער אפילו פֿון יענע, וואָס האָבן שטודירט אויף די אוניווערסיטעטן. וועגן דעם איז נישט כדאי מאריך צו זיַיַן. אין דער וועלט איז באַרימט אַ קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער פראָזע, וואָס איז מיטן קונסטלערישן אינסטינקט דערגאַנגען צו אַ הויכער מדרגה – און באַלד האָט ער צו נישט געמאַכט אַלע זיַיַנע טאַלאַנטפֿולע קאָלעגן. און ווייניק דאָס, האָט ער געשאַפֿן אַ ניַיַעם אייגענעם אויסלייג פֿון דער ייִדישער שפראַך און אין זיַיַן "אייגענער"אָרטאָגראַפֿיע אַרויסגעגעבן אַ זשורנאַל. די קוריאָזן וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט זיַיַן נאָמען – י. מ. וויַיַסענבערג – וואָלטן געקענט אויספֿילן אַ גאַנץ בוך. זיַיַן צוגאַנג איז אָבער ביַיַ אים נישט געווען "קאָפיריַיַט". ס'איז געווען אַן אָנגענומענע טעאָריע, אַז וואָס מער דער שריַיַבער איז געלערנט, אַלץ אָרעמער ווערט זיַיַן טאַלאַנט. טאַלאַנט האָט אַן ענגע שייכות מיט פרימיטיווקיַיַט. מע טאָר עס, חלילה, נישט אַראָפשאָבן. דאָס ביסעלע שמוץ גיט צו חן, דאָס נישט וויסן ווערט פֿאַרטראָטן מיט אינטויציע, וכדומה. אויך איך בין געווען פֿון די פאָעטן וואָס האָבן כסדר געמאַכט "אַנטדעקונגען". געשריבן לידער האָב איך שוין ווען כ'בין נאָך געווען אַ חדר-ייִנגל פֿון 7 יאָר, אָבער געליינט לידער האָב איך ערשט ביַיַ 13 יאָר. איך געדענק, אַז די ערשטע לידער וואָס כ'האָב געליינט, זענען אַריַיַן אין מיר ווי מיט איין מאָל – איך האָב זיי ווי איַיַנגעשלונגען, און זיי זענען פֿאַרבליבן אין מיַיַן זכרון אויף אייביק. דאָס זענען די לידער וואָס איך געדענק נאָך ביז איצט אויף אויסנווייניק. ווען קיינער הערט נישט, זינג איך זיי פֿאַר זיך, מיט די ניגונים וואָס איך אליין האָב קאָמפאָנירט. אַז מ'האָט מיך געפֿרעגט – און נאָך איצט געשעט עס – מיט וואָס איך פֿאַרנעם זיך, האָב איך זיך געשעמט צו זאָגן, אַז איך שריַיַב לידער. יעדע אַנדערע אויסטראַכטעניש איז מיר ליַיַכטער געווען צו ענטפֿערן: אַז כ'בין אַ קאָרעקטאָר, אַ קירזשנער, אַ דרוקער, אַ בוכהאַלטער – אַבי נישט קיין פאָעט. אָבער עפעס אַ גוטער עיקר איז געווען אין דער שעמעוודיקיַיַט, עפעס אַ מין מורא צו רעדן הויך וועגן דעם, ווי דאָס וואָלט געווען אַ סוד [בלויז פֿאַר נאָענטע], אַ הייליקע זאַך, אַן ענין פֿאַר דער נשמה-יתירה. אַ שטייגער, צי וואָלט איך געקענט עמעצן זאָגן אַז כ'בין אַ נביא? אַ צדיק? אַ למד-וואָווניק? ווי קען מען אויסזאָגן אַזאַ זאַך? די אָ אומפֿאַרמענישקיַיַט פֿונעם ייִדישן שריַיַבער, פונקט ווי זיַיַן נאַיווקיַיַט און פרימיטיוויזם, האָבן אויך געהאַט זיַיַנע גוטע זיַיַטן. זיי האָבן מיטגעהאָלפֿן איַיַנהיטן זיַיַן פֿרישקיַיַט, ערלעכקיַיַט און רייניקיַיַט ביַיַם שאַפֿן. דאָס איז געבליבן ביַיַ אים אַ ענין לשמה. וואָס שייך מיר, וואָלטן מיַיַנע דערגרייכונגען אין דער דיכטונג געווען אַ סך ברייטערע און טיפֿער ווען דער "לשמה" וואָלט באמת געוואָרן אָפגעהיטן אין אַלע ציַיַטן און אין אַלע ריכטונגען. די שכנים פֿון מיַיַן שמאָלן געסל ווערן בלויז צופֿעליק געווויער, אַז איך בין אַ פאָעט, אַ משורר, הייסט עס. קיין סך קענען זיי נישט פֿאַרשטיין פֿון דעם וואָס איך שריַיַב. די מיינסטע פֿון זיי פֿאַרשטייען אין גאַנצן נישט קיין ייִדיש. דאָך האַלטן זיי מיך בכבודיק, און פֿאַראַן קינדער, וואָס בעטן אַז איך זאָל שריַיַבן פֿאַר זיי מעשהלעך. איך דערקלער זיי, אַז זיי וועלן נישט פֿאַרשטיין מיַיַן שריַיַבן, אַז מיַיַן לשון איז נישט עברית, נאָר ייִדיש, אָבער די 6-7-יאָריקע קענען דאָס נישט תופס זיַיַן. זיי זאָגן, אַז ווען איך זאָל ווילן, וואָלט איך געקענט אויך שריַיַבן אויף עברית. אָט רעד איך דאָך צו זיי עברית! איינער פֿון זיי האָט צו מיר געזאָגט, אַז דאָס וואָס איך שריַיַב אויף ייִדיש איז אַ קונץ אַזאַ ביַיַ מיר, וויַיַל כ'וויל נישט, אַז אַנדערע מענטשן זאָלן מיך פֿאַרשטיין... און אַ מאָל טראַכט איך: אפשר איז עס טאַקע אַזוי? אפשר איז דאָס גוט, אַז ווייניק מענטשן פֿאַרשטייען מיך, אַז נישט אַלע זענען מסוגל צו פֿאַרשטיין מיַיַן שריפֿט... אויך היַיַנט וועט זיַיַן אַ טאָג אָן גרויסע אויפֿטוען. איך וועל אויספֿירן געוויסע טאָגטעגלעכע פֿונקציעס. מסתמא וועל איך היַיַנט צוגרייטן דאָס מיטאָג, וויַיַל הדסה האָט געמוזט ערגעץ צוגיין פֿאַרטרעטן דינהלען – זי איז צוגעקילט און מוז בליַיַבן אין שטוב. אויך דער קליינער רוני איז נישט געזונט. דער מצב פֿון דינהלען פֿאַרשאַפֿט מיר אָפֿט זאָרג. זי איז צו ווייניק אויסדויערדיק, צו ווייניק שטאַרק אויף ביַיַקומען אַלע שוועריקיַיַטן. [זי האָט אַ סך פֿליכטן – אין שטוב, פֿאַר זיך, און אויך לגבי מיר. איך ווייס וואָס און ווי אַזוי זי טראַכט וועגן מיר], איך קען אירע זאָרגן וועגן מיר. איך ווייס אַז זי געדענקט מיך אפילו בעת זי טראַכט וועגן אַנדערע זאַכן. זי איז דער המשך פֿון גאָלדע. אויך זי איז פֿעיִק זיך מקריב צו זיַיַן פֿאַר מיר. ניין, איך וויל עס נישט. דאָס טאָר נישט געשען. און וויַיַטער טראַכט איך: גאָלדע איז נאָך אַלץ ערגעצוווּ און זי זאָרגט פֿאַר מיר, פֿאַר דינהלען און אירע קינדער. איך גלייב, אַז זי האָט געהאַט אַ חלק דערין, אַז איך זאָל באַגעגענען הדסהן, און זי זאָל ווערן ווי אַן אמתע מאַמע צו דינהלען. באַלד פֿון דער ערשטער רגע איז זי ווי צוגעוואַקסן געוואָרן צום קינד, ווי זי וואָלט זי דעמאָלט אויף ס'ניַיַ געבוירן. דאָס איז געווען ווען כ'בין מיט איר צום ערשטן מאָל געקומען אין דער קינדערהיים אין אָטוואָצק. דינהלע איז דעמאָלט אַלט געווען 6 יאָר. דאָס קינד איז געווען צוגעגרייט, אַז די מאַמע דאַרף צו איר קומען. ווי נאָר הדסה האָט זיך באַוויזן, איז דינהלע אַרויפֿגעפֿאַלן אויף איר, זי אַרומגענומען און בלויז געזאָגט: "מאַמאַ". הדסה איז געשטאַנען לעבן קינד אויף די קני און זיי האָבן זיך געקושט און געוויינט. דאָס וואָס איך האָב דעמאָלט געזען, איז געווען פֿאַר מיר אַן אַנטפֿלעקונג און אַ וווּנדער – אַ נס, אין וועלכן איך גלייב ביזן היַיַנטיקן טאָג.
21סטן סעפטעמבער. יעדן טאָג זוך איך אָפ די שייכותן צווישן היַיַנט און 40 יאָר צוריק, צווישן היַיַנט און 30 יאָר צוריק. יעדער סעפטעמבער-טאָג איז ווי אַן אַלאַרם-גלאָק וואָס וועקט-אויף דאָס געהער און מישט איבער דעם באַרג גרוז 1939. סעפטעמבער-טעג – טעג פֿון שניט, טעג פֿון קינדער אין שול, טעג פֿון אַרבעט – געבענטשטע וואָכעדיקע טעג פֿון האַרבסט. דער האַרבסט האָט קיין מאָל אויף מיר קיין אומעט נישט אָנגעוואָרפֿן. שטענדיק האָט זיך מיר אויסגעדוכט, אַז דער האַרבסט האָט אַ לאַנגן אָטעם. איך האָב ליב געהאַט די פֿעלדער נאָכן שניט אין נעפל, כ'האָב אויך ליב געהאַט די גאָלדענע דעכער פֿון די שטאָטישע פֿרימאָרגנס. אפילו די לאַנגע, דינע, האַרבסטיקע רעגנס אין די ערב-ווינטערדיקע טעג זענען מיר קיין שטער נישט געווען. זיי זענען גוט געווען פֿאַרן טראַכטן, פֿאַרן זיַיַן אַליין, פֿאַרן פֿאַרשטשען (ע"מ שורה 15 מלמטה) זיך מיט די לידער. דער האַרבסט איז געווען פֿאַר מיר די פֿרוכטפֿעכטיקסטע ציַיַט. דעם ווינטער האָב איך נישט ליב געהאַט – אין ערגעץ נישט. נישט אין די פוילישע שנייען און פֿרעסט, נישט אין די דורכנעמענדיקע שניי-און-רעגנס אין פאַריז. איך האָב אים אפילו נישט ליב דאָ, אין ישראל, מיט זיַיַנע קאַפריזן יעדן טאָג, מיט וואַרפֿן זיך פֿון היץ אין קעלט. דעם פֿרילינג האָב איך ליב געהאַט נאָר ווען כ'בין געווען פֿאַרליבט. אויב כ'בין געווען אַליין, איז מיר געווען אומעטיק, לאַנגוויַיַליק און כ'האָב נישט געהאַט וווּ זיך אַהינצוטאָן. כ'האָב נישט געפֿונען קיין טרייסט אין די שיינע בלומען און די בעז-ריחות זענען מיר נישט ניחא געווען. דעמאָלט פֿלעג איך שפאַצירן אין די פאַרקן, צווישן די בליִענדיקע אַלייען און עקזאָטישע קוסטעס, און מיט קינאה געהערט דאָס כיכיקען פֿון די יונגע מיידלעך. און דער זומער? דער זומער איז געווען די שווערסטע ציַיַט אין דעם רוב פֿון מיַיַנע יונגע יאָרן – די ציַיַט פֿון אַרבעטסלאָזיקיַיַט, פֿון "טויטן סעזאָן". טרוקן איז געווען אין האַלדז און ליידיק אין קעשענע. דער זומער איז געווען ווי אין לאַנגוויַיַליקער,אומענדלעכער טאָג פֿון טשעה-באב. איינער פֿון די שווערסטע זומערס מיַיַנע איז געווען דער זומער פֿון 1947. איך האָב אים שוין באַשריבן אויף די ערשטע בלעטלעך פֿון דעם בוך. די לעצטע טעג פֿון גאָלדעס קראַנקיַיַט זענען ביסלעכוויַיַז געוואָרן די טעג פֿון איר אַוועקגיין. איך האָב שוין געוווּסט, אָז שווינדזיכטיקע שטאַרבן ביַיַם באַוווּסטזין, אָבער דעם ערשטן מאָל האָב איך דאָס ביַיַגעוווינט, [ווען כ'בין געזעסן טאָג נאָך טאָג ביַיַם בעט פֿון אַזאַ קראַנקער.] זי האָט מיר געוואָלט עפעס זאָגן, עפעס וויכטיקס. איך האָב דאָס כסדר אָפגעפֿילט. יעדן טאָג האָט זי זיך געגרייט צו דעם. אָבער זי האָט דאָס אָפגעלייגט, און אפשר האָב איך אויך נישט געוואָלט אַז זי זאָל עס זאָגן, וויַיַל דאָס וואָס זי וויל זאָגן איז דאָך אַ מין געזעגענען זיך אויף אייביק. צו איר אין שפיטאָל אַריַיַן פֿלעג איך גיין, ווי איך האָב שוין געשריבן, נאָך מיַיַן וויזיט ביַיַ דינהלען אין דער קינדער-סאַנאַטאָריע. ווי נאָר כ'בין אַריבער די שוועל פֿון גאָלדעס צימער, איז די ערשטע פֿראַגע אירע געווען: "ביסט געווען ביַיַם קינד? וואָס מאַכט זי? זי שפילט זיך, זי איז פֿריילעך"? "יאָ, יאָ, זי איז פֿריילעך. כ'האָב איר דערציילט אַז דו ביסט אין אַ הויז, נישט וויַיַט פֿון איר, אַז אין גיכן וועסטו זיך פֿילן בעסער און קומען צו איר. צוזאַמען מיט מיר וועסטו קומען, געדענקסט, גאָלדעלע, פֿאַר יאָרן, ווען דו ביסט געווען ביַיַם קינד"? צי זי געדענקט? איין איינציק מאָל איז זי דאָרט געווען, ביַיַ דינהלען אין דער קינדער-היים. דאָס איז געווען ווען זי איז געהאַט צוריקגעקומען פֿון אַ היילאַנשטאַלט אין קרים. איך האָב געפועלט ביַיַ דער פֿאַרוואַלטערין פֿון דער קינדער-סאַנאַטאָריע, אַז מע זאָל זי צולאָזן אויף אַ קורצע ציַיַט צום קינד. קיין קראַנקע פֿון אַזאַ כאַראַקטער איז נישט דערלויבט געווען צו האָבן אַ קאָנטאַקט מיט די קינדער פֿון דעם אַנשטאַלט. אייגנטלעך, האָט מען גאָלדען דאָס נישט געמוזט פֿאַרווערן – זי אַליין האָט נישט געוואָלט קומען אין באַריר מיט דינהלען ווי נאָר זי האָט זיך דערוווּסט וועגן איר קראַנקיַיַט. אַלע פֿאָרזיכטקיַיַט-מיטלען זענען אָנגענומען געוואָרן. גאָלדען האָט מען געגעבן אַ וויַיַס פֿאַרטעך און זי האָט זיך אַוועקגעזעצט אינעם עק פֿון דער לאַנגער וועראַנדע. אַ שוועסטער האָט אַרויסגעפֿירט די קליינע דינהלע. מיך האָט זי באַלד דערקענט, אָבער דער מאַמען – אין גאַנצן נישט. זי האָט אָנגעהויבן לויפֿן צו מיר און רופֿן מיך "פאַפאָטשקאַ". איך האָב איר אָנגעוויזן, אַז דאָרט זיצט די מאַמאָטשקאַ. זי איז אָבער אַהין נישט צוגעגאַנגען ווי זי וואָלט נישט פֿאַרשטאַנען וואָס איך זאָג. די שוועסטער האָט זיך געכאַפט וואָס דאָ קומט פֿאָר. זי איז אַוועקגעגאַנגען אויף אַ וויַיַלע און איך האָב אָנגעהויבן צופֿירן דאָס קינד צו דער מאַמען. און גאָלדע, ווי זי וואָלט זיך דערשראָקן, האָט גענומען ווי בעטן זיך: "נישט נאָענט, נישט צו נאָענט". נאָך דעם ווען מיר זענען אַוועקגעגאַנגען פֿון דעם באַזוך, איז מיר איַיַנגעפֿאַלן, אַז עס וואָלט אפשר בעסער געווען ווען גאָלדע קומט בכלל נישט, אַז אַזאַ מין וויזיט ביַיַם קינד קען שווער ווירקן אויף איר געזונט. אַזוי איז טאַקע געשען. ווען מיר זענען אַהיימגעקומען, האָט זי געקריגן הויכע היץ. עטלעכע וואָכן האָט זי געגליט און מע האָט זי אַוועקגענומען אין שפיטאָל. [אויך איך האָב אָנגעהויבן הוסטן. ד"ר שובין, דער פֿון "ליטפֿאָנד", האָט באַפֿוילן, אַז מע זאָל מיר מאַכן אַלע אַנאַליזעס און רענטגען-דורכליַיַכטונגען. מע האָט געפֿונען די ערשטע סימפטאָמען פֿון דער קראַנקיַיַט.]
22סטן סעפטעמבער. אַז אַ מענטש שטאַרבט יונגערהייט, אפילו אויף אַ נאַטירלעכן אופן – פֿון אַ קראַנקיַיַט, ווערט זיַיַן טויט אויפֿגענומען ווי אַן אומגליק. אין אונדזער משפחה זענען נישט זעלטן געשטאָרבן יונגע מענטשן, על פי רוב פֿון טובערקולאָז אָדער פֿון טיפֿוס בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה; אַ ביסל עלטערע, אין די פֿופֿציקער יאָרן – פֿון ראַק. געווען אויך טויטפֿאַלן פֿון קינדער. דאָס איז געשען ביַיַ מיַיַן איינציקער שוועסטער חיהלע. ביַיַ איר זענען געשטאָרבן די צוויי ערשטע קינדער. דאָס ערשטע, אַ ייִנגעלע פֿון איין יאָר, איז געשטאָרבן פֿון שקאַרלאַטין. דאָס צווייטע קינד, אַ מיידעלע פַֿון אַכט יאָר, לאהלה האָט זי געהייסן, איז קראַנק געוואָרן אויף מאָזלען. זי האָט זיך צוגעקילט און געקריגן אַ לונגען-אַנצינדונג. מע האָט זי נישט געקענט אָפראַטעווען. לאהלע איז שוין געגאַנגען אין שול אין צווייטן קלאַס. זי איז געווען אַ באַחנט, פעיִק מיידעלע. איר טויט, דער טויט פֿון חיהלעס צווייטן קינד, איז געווען אַן אומגליק פֿאַר אונדזער משפחה. נישט קיין סך מאָל האָב איך געזען מיַיַן טאַטן וויינען, און ביַיַ לאהלעס טויט איז דאָס געשען. ער האָט זיך נישט געקענט באַרויִקן. ער איז דעמאָלט שוין געווען ביַיַ די זיבעציק, און אפשר אויך דערפֿאַר איז ער ליַיַכטער געוואָרן אויף וויינען. אין יאָר 1933, ווען דאָס איז געשען, זענען אַ סך זאַכן געגאַנגען ביַיַ מיר מיט אַ מאָל. די ערשטע לידער אין מיר האָבן געשטורעמט, איך בין שיכור געווען פֿון מיַיַן ערשטער טראַגישער ליבע, די פֿאַראָרעמונג פֿון אונדזער שטוב איז געגאַנגען שנעל, און צום סוף – לאהלעס טויט. דאָס איז געווען עטלעכע וואָכן נאָך דעם ווי לאהלע איז געשטאָרבן. דער קאָפ איז ביַיַ מיר פֿאַרדרייט געווען פֿון מיַיַן ליבע-פלאָנטער מיט [רות] יענער פֿרוי. איך האָב זי גוט געקענט, געזען דורך און דורך. געוווּסט אַז זי איז נישט קיין מזג-טוב. אַ סך שטריכן פֿון איר כאַראַקטער זענען מיר געווען דערווידער, איך האָב אָבער זיך נישט געקענט קיין עצה געבן. אַן אומגעהייערע ליַיַדנשאַפֿט האָט מיך געצויגן צו איר. זי האָט דאָס באַמערקט, און אויסגענוצט. נישט איין מאָל פֿלעגט זי מיך באַליידיקן, אפילו אין דער קעגנוואַרט פֿון אַננדערע. אַז כ'האָב אויפֿגעהערט רעדן מיט איר, זי אויסגעמיטן, האָט זי נישט געקענט פֿאַרטקאָגן, און ס'איז גענוג געווען אירס אַ וווּנק, אַז איך זאָל איר אַלץ מוחל זיַיַן. אין יענער פֿאַרדרייעניש בין איך אַ מאָל שפעט ביַיַ נאַכט געגאַנגען אַהיים פֿון ליטעראַטן-פֿאַריין אויף טלאָמאַצקע. ווי איך האָב שוין געזאָגט, האָבן מיר געוווינט אין פראַגע, אויף זאַמבקאָווסקע-גאַס, אויפֿן פֿערטן שטאָק. דאָס הויז מיט די מאַרמאָרנע טרעפ, אפילו די מאָלעריַיַן פֿון די מלאכימלעך אויפֿן סופֿיט פֿון דעם פֿראָנט-אַריַיַנגאַנג, חלומען זיך מיר דאָס גאַנצע לעבן. ערשט מיט עטלעכע טעג צוריק האָט דער חלום זיך איבערגעחזרט. ס'איז געווען אַן ערב-פֿרילינגדיקער אָוונט. איך געדענק אַזוי גוט מיַיַן דעמאָלטיקן גאַנג איבער דער קערבערזש-בריק. די וויסל אונטער מיר האָט גערוישט און געטריבן די איבערגעבליבענע איַיַז-קריִעס. איך בין געווען איינער אַליין אויף דער לאַנגער בריק, און כאָטש דעמאָלט בין איך געווען ברוגז מיט דער געליבטער פֿרוי האָט זיך געזונגען אין מיר און איך האָב געבענקט צו איר נאָענטקיַיַט. ביַיַ איר האָב איך דעם ערשטן מאָל דערפֿילט דאָס גליק וואָס נאָר אַ רייפֿע פֿרוי קען געבן. זי איז געווען עלטער פֿון מיר בסך-הכל מיט צוויי יאָר, אָבער ביַיַ אַ פֿרוי האָבן די צוויי יאָר אין דעם עלטער אַ גרויסן באַטיַיַט. אָט איז די זיגמונטאָווסקע. די לאַנגע רייען פֿיאָלעטע עלעקטרישע לאָמפן. איך שניַיַד אַדורך די שערטקע, די טאַרגאָוונע. און אָט איז אונדזער גאַס, אונדזער הויז – זאָמבקאָווסקע נומער 4. איך שלינג איַיַן די טרעפ, ווי אַלע מאָל, צו צוויי מיט אַ מאָל. איך שליס אויף די טיר. וואָס איז געשען? אין שטוב ברענט דער גאַזלאָמפ איבערן טיש. די מאַמע גייט מיר אַנטקעגן מיט פֿאַרבראָכענע הענט. אויף זיַיַן בעט זיצט דער טאַטע. ער ציטערט און רעדט עפעס וואָס ס'איז שווער צו פֿאַרשטיין. די שפראַך דינט אים נישט. איך לויף נאָכן פֿעלדשער. ער קומט מיט זיַיַן קעסטל און מיט אַ ???? (ע"מ 64 שורה 17 מלמעלה) פיאַווקעס. ער שטעלט-צו די שלאַנגען צום טאַטנס אָדערן אונטער די אויערן, די פיאַווקעס זייגן זיך אָן און פֿאַלן אַראָפ. איינע פֿון זיי קריכט אויף די ברעטלעך פֿון דעם פאַרקעטדיל און לאָזט נאָך זיך אַ שנירל פֿונעם בלוט. די מאַמע זיצט מיט פֿאַרפֿרעסטע ליפן. דאָס אי געווען דער אָנהייב פֿון מיַיַן טאַטנס קראַנקיַיַט. נאָך אַ ציַיַט איז ער אַ ביסל געקומען צו זיך און ער האָט אפילו אָנגעהויבן אַריַיַנקוקן אין אַ ספר, אָבער אַ צווייטער אַטאַק האָט אים צוריק אַוועקגעלייגט – שוין ביז צום סוף. איך בין זיכער, אַז דער טויט פֿונעם אייניקל לאהלה האָט געפֿירט צו זיַיַן קראַנקיַיַט. ביַיַ אונדז האָט מען אַזוי שנעל נישט שלום געמאַכט מיטן טויט פֿון עמעצן, בפרט, ווען דאָס איז געווען אַ קינד. דער טאַטע האָט טאַקע געזאָגט "ברוך דיין אמת", אָבער דעם גזר-דין האָט ער נישט געקענט אָננעמען. דער טאַטע חלומט מיר זיך אָפֿט, אפשר מער פֿון אַלע נאָענטע. און אויך גאָלדע פֿאַרלאָזט נישט מיַיַנע חלומות. דער טאַטע האָט אויסגעלעבט זיַיַנע זיבעציק יאָר. גאָלדע איז געשטאָרבן יונג. זי איז אַוועק אין פֿיַיַער פֿון איר שרעקלעכע קראַנקיַיַט, אָבער מיטן טעם פֿון איר יונגשאַפֿט. זי איז נישט אַלט געוואָרן. אירע חושים זענען נישט אָפגעטעמפט געוואָרן. זי פֿלעגט כסדר צו מיר זאָגן, אַז איך וועל לעבן לאַנג. אירע רייד הייבן אָן מקוים ווערן. ווען איך בין געווען ביַיַ איר אויסגיין אין מאָסקווער שפיטאָל, האָב איך זיך נישט פֿאָרגעשטעלט, אַז איך וועל לעבן נאָך אַ מאָל אַזוי פֿיל יאָרן וויפֿל זי איז בסך-הכל אַלט געווען. איך ווער אַלט. די חושים ווערן שוואַכער. איך מאַך שוין שלום מיט ווייניקער. אָפֿט וואַרף איך שוין אַ בליק אויף דער אַנדערער זיַיַט – און איך הייב זיך אָן צו דעם צוגעוויינען. אָבער גאָלדע אין חלום איז נאָך אַלץ אַ יונגע. מיינסטנס, איז זי דאָרט אַ שוויַיַגנדיקע. זי בייזערט זיך נישט אויף מיר, זי האָט אפילו נישט קיין טענות. אָבער פֿאַר וואָס פֿיל איך אין שלאָף, אַז איך טו איר אַן עוולה? אַז כ'האָב זי איבערגעלאָזן איינע אַליין? געוויס פֿיל איך אַזוי, טאַקע דערפֿאַר וויַיַל זי באַשולדיקט מיך נישט. ביַיַ איר בין איך אַלע מאָל גערעכט.
23סטן סעפטעמבער. די צאָל פֿון די פֿריַיַנד ווערט איַיַנגעשרומפן. אין טעלעפֿאָן-ביכל שטריַיַכט מען כסדר אויס נומערן, וואָס זענען פֿאַרשטומט געוואָרן אויף אייביק. די היַיַזער אין אונדזער געגנט שטייען אויפֿן זעלבן אָרט, אָבער אויף זייערע שטיגן גייען אַנדערע איַיַנוווינערס. אויף דער גאַס באַגעגן זיך אַלץ ווייניקער באַקאַנטע פנימער, און די קינדער אַרום מיר זענען אייניקלעך – מיַיַנע און פֿון פֿריַיַנד. זייערע אינטערעסן זענען נישט מיַיַנע און אויך זייערע קענטענישן זענען אַנדערע. ווי אַזוי קוקן זיי אויף מיר? מסתמא נישט אַנדערש ווי איך פֿלעג קוקן אויף מענטשן פֿון אַזאַ עלטער ווען איך בין געווען אַ קינד. די עלטער גייט געפֿאָרט מיט איינזאַמקיַיַט און אויך מיט עצבות. נישטאָ קיין מער טראַגיקאָמישע זאַך ווי אַ זקן וואָס באַזוכט אַ נאַכטלאָקאַל און באַוויַיַזט זיַיַנע גבורות אין די טענץ מיט יונגע פֿרויִען. די וועלט איז געוואָרן אכזריותדיק צו אַלט-געוואָרענע מענטשן, מע גיט זיי צו פֿילן, אַז זיי דרייען זיך צו פֿיל אונטער די פֿיס. אפשר טאַקע? אין די בלעטער שריַיַבט מען שוין אָפֿן וועגן דעם "פראָבלעם" פֿון דער גרויסער צאָל זקנים אין תל-אביב: די שטאָט איז פֿול מיט אַלטע ליַיַט, די שפיטאָלן זענען אָנגעפאַקט מיט כראָנישע קראַנקע צוליב זיקנה. דאָס יונגוואַרג אַנטלויפֿט אַ 30-20 קילאָמעטער מחוץ דער שטאָט – צו אַן אייגן היַיַזל מיט אַ גאָרטן. די אַלטע דערפֿילן זייערע איבעריקיַיַט און זיי הייבן אָן זיך צו סטאַרען און באַוויַיַזן, אַז זיי טויגן נאָך צו עפעס. זיי ווילן נישט אָפטרעטן פֿון זייערע פאָזיציעס, פֿון זייערע פאָסטנס. זיי האַלטן אין איין פֿאַרזיכערן, אַז זיי זענען נאָך ביַיַ די כוחות, אַז זיי קענען נאָך אַ סך אויפֿטאָן. זיי מאַכן זיך פֿריילעך. זיי זוכן די פֿריַיַנדשאַפֿט פֿון יונגע מענטשן און זיי שטרענגען זיך אָן צו וויילן זיך. אָבער אין די וואַרטצימערן ביַיַ די דאָקטוירים קומען זיי יעדע וואָך מעסטן דעם בלוטדרוק און באַקומען די געהעריקע רפואות. זיי זענען שוין באַהאַוונט מיט די אייגנשאַפֿטן פֿון די מעדיקאַמענטן און קענען זיי ביַיַ די נעמען. די מיטלען זענען סגולות צום עלטערן זיך, און די רעצעפטן – אָפלייג-צעטלען פֿאַרן יום-הדין. און דאָס איז דער אמת. אַהין גייט יעדער, און יעדער איינער ווייסט, אַז ער גייט אַהין. דאָס דרינגט אַריַיַן אין מוח טראָפנוויַיַז, יעדן טאָג אַ טראָפן. פאַמעלעך געוויינט מען זיך צו. וויַיַזט אויס, אַז אויך איך געוויינן זיך צו. הגם איך ווער זיך נאָך נישט, איך בריגע מיט די פֿיס, נישט איך מאַך געוואַלטן. איך ווער בלויז פֿרעמדער צו דער וועלט, איך וויל זי נישט פֿאַרשטיין. איך מאַך שלום מיט מיַיַן איינזאַמקיַיַט. [מיט מיַיַן אַוועקגיין] נעכטן אין אָוונט בין איך געזעסן מיט אַ חבר מיַיַנעם אין קאַפֿע. ער איז ייִנגער פֿון מיר מיט פֿינף יאָר. אין אונדזער עלטער האָט דאָס אַ באַטיַיַט. ער גלאָגט זיך פֿאַר מיר, אַז דער זכרון ביַיַ אים איז שוואַכער געוואָרן. איך גיב צו, אַז ביַיַ מיר איז ער נאָך שוואַכער. איך קוק אויף אים און זע ווי געעלטערט ער איז, מסתמא טראַכט ער וועגן מיר אויך אַזוי. ער דערציילט מיר, אַז ער האָט אָפגעגעבן אין אוניווערסיטעט-אַרכיוו בריוו פֿון איבער 800 שריַיַבערס. זיי זענען שוין טויט, און די קאָרעספאָנדענץ מיט זיי אויף דער וועלט איז אויף שטענדיק איבערגעריסן. נעכטן האָב איך געלייענט מלך ראַוויטשס לעצטע לידער. די הויפט-טעמע פֿון די לידער אין זיַיַנע שפעטע יאָרן איז: טויט. ער בייזערט זיך ,ער טענהט זיך אויס מיטן רבונו של עולם. ער וויל וויסן פֿאַר וואָס? פֿאַר וואָס ער מוז שטאַרבן, פֿאַר וואָס איז דאָס נייטיק? ער וויל אויך אַ קוק טאָן אַהין, אויף יענער זיַיַט פֿונעם חושך... מיט איין וואָרט: דער דיכטער שריַיַט און בריקעט זיך; באַלד וויל ער זיך באַרויִקן, זיך באַהערשן, אָבער פֿון דעם אַלעמען קומט נישט אויס קיין איין גרויס, טראַגיש ליד. קוהלת האָט דאָס זעלבע שוין געזאָגט קאָנצענטרירטער און טיפֿער, און איוב – אָפֿענער און דרייסטער. איז דען נישט בעסער צו שוויַיַגן? קיין טומלען זיך וועט נישט העלפֿן, און קיין טרערן ווערן נישט פועלען. מע מוז גיין וויַיַטער, וויַיַטער, ביזן סוף, און דאָס לעצטע שטיקל וועג מוז מען גיין אַליין. מיט יאָרן צוריק פֿלעג איך גיין אין די טעג צו סליחות. אין די באַגינענס בין איך אַרויסגעגאַנגען צום בית-מדרש אויף יאַגעלאַנסקע-גאַס, אין פראַגע. דער בית-מדרש איז פֿול געווען מיט מתפללים, די לופֿט איז געווען אָנגעוואַרעמט פֿון זייער אָטעם און פֿון זייערע תפילות. אַ ייִנגל ווי כ'בין געווען, האָט צום שטאַרקסטן געווירקט אויף מיר די תפילה: "אל תשליכנו לעת זקנה, ככלות כוחינו אל תעזבנו". איך האָב אייגנטליך, נאָך ביזן סוף נישט פֿאַרשטאַנען דעם זין פֿון "אל תשליכנו". וואָס הייסט? ווער וועט אַוועקוואַרפֿן? גאָט וואַרפֿט אַוועק אַלטע ליַיַט? אָבער קיין שום תפילה פֿון די סליחות איז ניט אַרויסגעזאָגט געוואָרן מיט אַזאַ יאָמער בציבור, מיט אַזאַ ווייגעשריי, ווי דער "אל תשליכנו". קען זיַיַן אַז פֿון ערגעץ וווּ, פֿון די שולן אין לאַנד, און אפשר פֿון דער וויַיַטער פֿאַרגאַנגענהיַיַט, שווימט איצט אָן צו מיַיַנע אויערן דאָס סליחה-געבעט, און איך דערהער ווידער דאָס געיאָמער פֿון אַן עדה, וואָס האָט מורא פֿאַר זיקנה, פֿאַר אומבאַהאָלפֿנקיַיַט. איך גיי שוין נישט צו סליחות, איך בעט נישט. איך ווייס אַז ס'וועט נישט העלפֿן. אויב אַ ליד ביחידות וועט נישט העלפֿן, וועט אַ תפילה בציבור אַוודאי נישט העלפֿן. אין מיַיַן אייגן ליד בין איך דער בעל-הבית איבערן טעקסט און איך קען אויספרוּוון אַנדערע, נאָך נישט גענוצטע ווערטער. יעדן פֿאַלס – נישט בעטן, נישט פֿרעגן, נישט אַפעלירן. אַזוי זאָל מיר גאָט העלפֿן!
24סטן סעפטעמבער – כ"ז אלול תשמ"ד די אלול-טעג צענענטערן זיך צו זייער סוף. נאָך צוויי טעג איז געבליבן צו ראש-השנה. יעדן טאָג דערגייען צו מיר תקיעות פֿונעם שופר. מסתמא איז דאָ נאָענט פֿאַראַן אַ בעל-תוקע, וואָס איבט זיך אין דער מלאכה. די אַלע תקיעות, שברים און תרועות זענען דאָך אַזוי קורץ און איינטאָניק, און דאָך ברענגען זיי אויף אין דימיון אַן אונטערגעגאַנגענע וועלט, מיט אַנדערע מענטשן, און אפשר מיט אַנדערע ריחות. אַ מענטש לעבט דאָס גאַנצע לעבן זיַיַנס מיט איין מאָל. דווקא ער, וואָס האָט מיט אַזאַ פעדאַנטישקיַיַט איַיַנגעטיילט זיַיַן ציַיַט אין חלקות, אויסגערעכנטע ביז אַ סעקונדע, און די לוחות און זייגערס באַגלייטן אים ביַיַ טאָג און ביַיַ נאַכט – דווקא ער לעבט אין יעדער מינוט אַ טייל פֿון זיַיַן גאַנצן לעבן – דאָס גאַנצע לעבן מיט אַ מאָל. דאָס איז ער, דער מענטש, דאָס איינציקער צווישן די בעלי-חיים, וועמענס מוח ס'איז אַזוי אָנגעפראַפט מיט איַיַנדרוקן, זכרונות און אַסאָציאַציעס. יעדע שעה אין זיַיַן עקסיסטענץ קלינגט מיט די עכאָס פֿון טעג און פֿון יאָרן צוריק. צו וואָס ער זאָל זיך נישט צורירן, וועט ער אומגערן אַ קלאַפ טאָן אַ קלאַוויש פֿונעם זכרון. אויף אָט דעם וועג גיי איך ביַיַם באַשריַיַבן איין איינציקן היַיַנטיקן טאָג. אין אַזאַ היַיַנטיקן טאָג פֿון דעם דאַטירטן העפֿט קומט פֿאָר זייער ווייניק פֿונעם ערשט געשעענעם, אָבער היות ווי איך לאָז פֿריַיַ אַלע אַסאָציאַציעס און אונטערבאַוווּסטזיניקע פֿאַרבינדונגען, ווערט אויך דער אומאינטערעסאַנטער היַיַנט פֿול מיט געשעענישן, און די אַלע ווערן אַ טייל פֿון דעם איצט. דאָס איז אפשר אויך דער סוד דערפֿון, פֿאַר וואָס מיר ווערט נישט לאַנגוויַיַליק אפילו אין אַ טאָג ווען עס געשעט ממש גאָרנישט. די נישט-געאָרדנטקיַיַט פֿון מיַיַן טאָגבוך איז די טיפֿסטע און ריכטיקסטע געאָרדנקיַיַט. זי ווערט אַדורכגעפֿירט לויט די געזעצן, וואָס גאָט אַליין האָט באַשטימט פֿאַרן מוח פֿונעם יציר הנבחרים. ווען כ'בין אַוועקגעפֿאָרן פֿון מאָסקווע, אין לעצטן טאָג פֿון יאָר 1947, איז נאָך קיין מצבה אויף גאָלדעס קבר נישט געווען. איך האָב דאָס נישט באַוויזן צו טאָן. היות ווי אויף מיַיַן חשבון אין "עמעס"-פֿאַרלאַג איז געבליבן אַ טייל פֿונעם האָנאָראַר פֿאַר מיַיַן בוך "דער וועג אויף וואַרשע", האָב איך איבערגעלאָזן פֿאַר דער פֿרוי מ. [מינאַ] אַ פֿולמאַכט אָפצונעמען דאָס געלט. די סומע איז געווען באַשטימט פֿאַרן שטעלן די מצבה אויף גאָלדעס קבר. די פֿרוי [מינאַ] האָט צוגעזאָגט דאָס אַדורכצופֿירן, און אויף איר וואָרט האָט מען זיך געקענט פֿאַרלאָזן. אָבער אַ חודש נאָך מיַיַן פֿאַרלאָזן מאָסקווע האָט די ק. ג. ב. דערהרגעט מיכאָעלסן. מיט דעם מאָרד איבער אים האָט זיך אָנגעהויבן דער פאָגראָם איבער דעם ביסל געבליבענעם ייִדישקיַיַט אין ראַטן-פֿאַרבאַנד. אויך [ניסן זיוו, מינאַס] דער מאַן פֿון יענער פֿרוי איז געווען צווישן די אַרעסטירטע און פֿאַרשיקטע. [די אַלגעמיינע אימה איז אויך געפֿאַלן אויף די געבליבענע פֿרוי און טאָכטער]. צו זיי אין דער וווינונג האָט מען אַריַיַנגעזעצט נאָך אַ לאָקאַטאָר. אַ ביסל שפעטער בין איך פֿאַר דער סאָוויעטישער מדינה געוואָרן אַ נישט-געוווּנטשענער פערזאָן. אין דעם אָפֿיציעלן ליטעראַרישן זשורנאַל אויף יידיש אין מאָסקווע איז מען אָנגעפֿאַלן אויף מיר צוליב מיַיַנע "אַנטי-סאָוויעטישע" לידער (דאָס זענען געווען די לידער וועגן מיַיַנע אומגעבראַכטע חברים, די סאָוויעטישע ייִדישע שריַיַבערס). [מינאַ] יענע פֿרוי האָט מורא געהאַט אַרויסצוּוויַיַזן וועלכע ניט איז פֿאַרבינדונג מיט מיר – און זי האָט זיך נישט געקענט פֿאַרנעמען מיטן ענין פֿון גאָלדעס מצבה. אין יאָר 1957 איז דער דיכטער ישראל עמיאַט, איידער ער האָט פֿאַרלאָזט דעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, געווען אויף גאָלדעס קבר און אַוועקגעלייגט דאָרט בלומען. איך האָב אים דאָס געבעטן אין אַ בריוו פֿון וואַרשע נאָך אין יאָר 1956. אין אַ ציַיַט אַרום האָב איך געהערט אַז מע האַלט ביַיַם ליקווידירן דעם בית-עולם, אויף וועלכן עס געפֿינט זיך גאָלדעס קבר. טויזנטער קילאָמעטער פֿון דאָרטן, לעבן די אייביקע שנייבערג פֿון אַלטאַו, ליגט גאָלדעס מאַמע, די כשרע ייִדישע פֿרוי פֿייגע ע"ה. אויך אויף איר קבר איז קיין מצבה נישטאָ. איך בין נישט זיכער, צי דער קבר אפילו איז געבליבן. וואָלטן זיי דאָרט נישט געווען קיין אכזרס און פחדנים, וואָלט מען מיר דערלויבט צו קומען אין ראַטן-פֿאַרבאַנד מיט אַ באַזוך און אַ קוק טאָן אויף דער ערד וווּ מיַיַנע נאָענטע ליגן, און אפשר וואָלט זיך מיר אויך איַיַנגעגעבן צו געפֿינען די לעצטע שפורן פֿון מיַיַן עלטסטן ברודער לייבוש ע"ה, וואָס איז געוואָרן פֿאַרשיקט אין יאָר 1941 פֿון ביאַליסטאָק קיין קאָמי אַ. ס. ס. ר., און אויב זיי געפֿינען זיך אויף די ערטער, וואָלט איך געזוכט אַ מעגלעכקיַיַט אַוועקצושטעלן שטיינער מיט זייערע נעמען. אָבער וואָס איז דען פֿאַר זיי דער זכר פֿון פשוטע מענטשן? די געשטאָרבענע אין די לאַגערס וואַרפֿן זיי אויפֿן פֿראָסט און לאָזן זיי ליגן ווי די קלעצער חדשים-לאַנג. אַזוי, האָט מיר דערציילט משה בראָדערזאָן, האָט מען זיך געפֿירט מיט די מתים אין דעם לאַגער, וווּ ער איז געווען פֿאַרשפאַרט. [דאָס איז איינער פֿון מיַיַנע קאָשמאַרן]. אין אַלע לענדער וווּ איך לעב טרעפֿט צו מיר דער חלום: אָן אַ פאַס און אָן אַ וויזע פֿאָר איך אַריבער די גרענעץ פֿון ראַטן-פֿאַרבאַנד. איך בין דאָרט אומלעגאַל, אָבער קיינער דערקענט מיך נישט. איך גיי זוכן חברים. איך גיי צו דער ליעסנאַיאַ וווּ מאַרקיש האָט געוווינט. איך גיי צו קוויטקאָ און צו האַלקין. איך גיי צו גאָלדעס קבר. די גאַנצע ציַיַט וווּנדער איך זיך, ווי אַזוי מיר איז געלונגען זיך אַריַיַנצובאַקומען אין ראַטן-פֿאַרבאַנד, און ביז מאָסקווע אַזש? איך בין דאָך דאָרט נישט קיין כשרע פערזאָן. אָבער קיינער ווייסט נישט אַז איך בין דאָ, קיינער דערקענט מיך נישט. ווי נאָר איך וועל ענדיקן מיַיַנע באַזוכן ביַיַ אַלע נאָענטע, די טויטע און די לעבעדיקע, וועל איך מיטן זעלבן באַהאַלטענעם, אומלעגאַלן וועג, צוריק אַוועקפֿאָרן. ניין, איך דאַרף נישט קיין פאַספאָרט און קיין אַריַיַנפֿאָר-וויזע! אַלע וועגן זענען פֿאַר מיר אָפֿן. איך באַזוך אַלע מיַיַנע ליבע ווען איך וויל, און קיין שום גרענעצוואַך קען מיר נישט שטערן! איך טו דאָס אויך איצט. איך שטעל די מצבה נאָך גאָלדען, נאָך איר מאַמען פֿייגע, נאָך מיַיַן ברודער לייבוש – און אויך נאָך די אַנדערע, מיַיַנע נאָענטע חברים, געשענדטע ביַיַם לעבן און נאָך זייער טויט. איך וועל די מצבות אויפֿשטעלן, און איך גלייב, אַז זיי וועלן דויערן, און איבערדויערן, די הערשאַפֿט פֿונעם שלעכטס און אירע מאָנומענטן.
25סטן סעפטעמבער. די ערשטע ידיעה אין ראַדיאָ באַלד אין דער פֿרי: אַן אומגליק מיט אַ מיליטערישן העליקאָפטער. 5 זעלנער זענען דערהרגעט געוואָרן און נאָך 5 זענען פֿאַרוווּנדיקט. אַ טאָג פֿריִער זענען 2 צהל-מענטשן אומגעקומען אין לבנון. דאָרט זענען אויך אומגעקומען אַראַבער פֿון פֿאַרשיידענע עדהס און פֿעלקערשאַפֿטן, אָבער די אָ האָט מען דאָך ביַיַ אונדז שוין אויפֿגעהערט צו ציילן. [מיר זענען אַזוי אַדורכגענומען מיט שינאה צו זיי, אַז] עס פֿאַלט אונדז נישט איַיַן אַ טראַכט צו טאָן וועגן זיי, ווי וועגן נאָרמאַלע מענטשן, וואָס האָבן איבערגעלאָזן משפחות – עלטערן, קינדער, פֿרויען; אַז יענע פֿאַריתומטע קליַיַבן אויך צונויף איבערגעבליבענע קלייניקיַיַטן ווי אָנדענק-הייליקיַיַטן. יענע ווערן ביַיַ אונדז פֿאַרמעקט מיט איין שוואַרץ וואָרט: שוֹנא. מיר האָבן זיך צוגעוווינט. מיר לעבן מיטן טויט – מיטן אייגענעם און מיטן שוֹנאס. דעם אייגענעם באַערן מיר מיט קדיש און אל מלא רחמים, און דעם פֿרעמדנס באַדעקן מיר מיט נקמה-געפֿילן. אָבער פונקט ווי דער קדיש לינדערט נישט דעם ווייטיק, אַזוי ווערט דער טויט פֿון דעם פֿיַיַנט נישט פֿאַרגעסן. זייערס אַ לעצטער ווייגעשריי בליַיַבט אין דער לופֿט. עמעצער לייגט צונויף די טויטע און ציילט זיי. די טויטע קערפערס מאַכן קאַליע די לופֿט – און ביסלעכוויַיַז, ביסלעכוויַיַז ווערן מיר אַלע פֿאַרסמט. די מענטשן וואָס קומען ערשט אַהער – די טוריסטן און די עולים – פֿילן עס נאָך נישט, פונקט ווי זיי פֿילן נישט תיכף די זיסלעכע ריחות פֿון די חמסינען און פֿון מידבר. דאָס איז מלחמה, און מיט דעם מוז מען צאָלן. די מיאַזמען פֿון דער קאַליע-געוואָרענער לופֿט זעצן זיך אָפ אויף די נשמה. מע ווערט פֿאַרביסן, שלעכט, עגאָצענטריש. יעדער איינער – נישטאָ קיין אויסנאַם. אפילו דער איידלסטער און דער בעסטער פֿון אונדז עסט דאָס ברויט וואָס בליַיַבט נאָכן טויטן. מיר ירשענען זיי, סיַיַ זייערע פֿאַרמעגנס, סיַיַ זייערע מידות. ווי שנעל דאָס געשעט! כ'האָב דאָס שוין געזען אין ביאַליסטאָק דעם 22סטן יוני 1941, דעם ערשטן טאָג פֿונעם דיַיַטשישן אָנפֿאַל. דער עיפוש פֿונעם אַנטיסעמיטיזם איז אויסגעבראָכן דעם זעלבן טאָג, אין עוואַקאָצוג פֿון ביאַליסטאָק, ווי אַלע סאָוויעטישע געזעצן קעגן אַנטיסעמיטיזם וואָלטן געוואָרן בטל און מבוטל. אַ ביסל וויַיַטער, טיפֿער אין רוסלאַנד, האָב איך געפרוּווט בעטן פֿיַיַער צום פֿאַררייכערן אין אַ דורכגאַנג פֿונעם וואַגאָן. דער רוס האָט אָפגעזאָגט: "זשידאַם ניע דאַיוּ". נאָך אַ טאָג וויַיַטער, שוין נאָך אָרשע, פֿרעגט מיר אַ פאַסאַזשיר וויפֿל ייִדן עס געפֿינען זיך אין ראַטן-פֿאַרבאַנד. ווען איך ענטפֿער אים, אַז בערך דריַיַ מיליאָן, לאַכט ער זיך פֿונאַנדער: "אַלע צוגן זענען דאָך פֿול מיט זיי! זיי זענען מער ווי 50 מיליאָן"! די פאַראַשוטיסטן האָבן נישט געדאַרפֿט וואַרפֿן קיין היטלעריסטישע פֿלוגבלעטלעך. דאָס קומט מיט דער לופֿט, דאָס גייט ווי אַ פעסט. איך שעם זיך צו קוקן גאָלדען אין די אויגן אַריַיַן. זי געדענקט נאָך גוט מיַיַנע דעקלאַמאַציעס וועגן דער איבערדערציִונג פֿונעם רוסישן פֿאָלק, וועגן דער אויסראָטונג פֿון אַנטיסעמיטיזם, וועגן דער פֿעלקער-פֿריַיַנדשאַפֿט אין ראַטן-פֿאַרבאַנד. אָבער סיַיַ ווי, גאָלדע וועט מיר נישט וויי טאָן. זי מאַכט זיך נישט וויסן. זי וויַיַזט אפילו נישט קיין רמז אַז זי זעט מיַיַנע ביטערע אַנטוישונגען. אָבער נישט בלויז די ייִדן-שינאה. מיר פֿירן שוין די רישעות מיט זיך אַליין, אין דער גרופע שריַיַבערס, וואָס לויפֿט פֿון ביאַליסטאָק. דער אומווילן פֿון איינעם צום צווייטן, דאָס אויסהיטן זיך און אָפגרענעצן זיך וואַקסט אויס זייער שנעל, און ביז מע וועט אָנקומען צום ציל – אין ראַיאָן נאָוואָאוזיענסק, סאַראַטאָווער אָבלאַסט, קאָלכאָז אויפֿן נאָמען פֿון קיראָוון – וועט צווישן אונדז גופא שוין ברענען דאָס פֿיַיַער פֿון עגאָיזם. [דער ריַיַקאָם האָט אָפגעגעבן פֿאַרן געברויך פֿון אונדזער עוואַקוירטער גרופע אַ קינדערשול. דער פֿאַראַנטווערטלעכער פֿאַר דער גרופע, צוזאַמען מיט זיַיַן פֿרוי און מיטן וויַיַסרוסישן דיכטער מאַקסים טאַנק זענען געגאַנגען בראש פֿון די עוואַקוירטע "פֿאַרנעמען" די שול. ווי נאָר מ'האָט פֿאַר זיי געעפֿנט די טיר פֿון דרויסן, זענען זיי אַריַיַן און גענומען אַדורכגיין אַלע קלאַס צימערן. דעם לעצטן האָבן זיי פֿאַרנומען פֿאַר זיך, דאָס האָט געהייסן – פֿאַר דער "אָנפֿירונג". אַהין האָט מען באַלד אַריַיַנגעשטעלט בעטן פֿאַר יעדן איינעם. אַלע אַנדערע זענען געבליבן אין אַלגעמיינע צימערן, און יעדע משפחה, פֿון וויפֿל פערזאָן זי זאָל נישט באַשטיין, האָט באַקומען בלויז איין שמאָל, איַיַזערן בעטל. אויך איך, גאָלדע און די מאַמע פֿייגע האָבן באַקומען איין בעטל. גאָלדע מיט איר מאַמען זענען געשלאָפֿן אין בעטל, און איך – אויף דער פאָדלאָגע. שפעטער, ווען אין שול האָבן די קינדער אָנגעהויבן גיין צו די לימודים, האָט מען אונדזערע פליטים איַיַנלאָקירט ביַיַ קאָלווירטישע משפחות.] די עוואַקואַציע-ריַיַזע אין יאָר 1941איז פֿאַר מיר געווען אַ דערקענטעניש-עקספעדיציע נישט בלויז פֿון די סאָוויעטישע מענטשן, מיט זייערע מעלות און פֿעלערן, נאָר אויך פֿון מיַיַנע חברים, וואָס כ'בין מיט זיי געווען פֿאַרבונדן יאָרן. זיצנדיק מיט זיי וואָכן לאַנג אין איין וואַגאָן, געפֿינענדיק זיך צוזאַמען מיט זיי ביַיַ דער אַרבעט, און דער עיקר – דאָס אַדורכגיין אין איינעם מיט זיי אַלע נסיונות און פחדים פֿון דער מלחמה, האָט זיי אָפגעדעקט אין מיַיַנע אויגן. דעמאָלט, אין יאָר 1941 אין די יוניטעג אין עוואַקאָצוג אונטער די דיַיַטשישע באָמבאַרדירונגען, אין יולי, אין די היצן פֿון וואָלגער קאַנט, און שפעטער – אין די הונגעריאָרן אין אַלמאַ-אַטאַ, האָב איך אַ סך מאָל געטראַכט, אַז ווען די מלחמה וועט זיך ענדיקן, און אויב איך וועל זי איבערלעבן, וועט אַ גרויסער טייל פֿון מיַיַנע זכרונות וועגן ראַטן-פֿאַרבאַנד זיך אויך פֿאַרנעמען מיט די דערפֿאַרונגען וועגן מיַיַנע חברים אין פֿאַרלויף פֿון די שווערע יאָרן, און אַ וויכטיקער טייל דערפֿון וועט זיַיַן דאָס שילדערן [די ענדערונג זייערע, דאָס פֿאַרוואַנדלען זיך אין אַנדערע כאַראַקטערן, אָדער] – די אכזריותדיקיַיַט פֿון די געשעענישן, וואָס האָט פֿון זיי אַראָפגעריסן גוטע מאַניערן און מידות. [דאָס איז דאָך געווען אַ גרופע שריַיַבערס און פאָעטן. שוין צוליב זייער באַשעפֿטיקונג, איר הומאַנעם כאַראַקטער, האָבן די מענטשן געדאַרפֿט איַיַנהאַלטן כאָטש די צוים קעגן ברוטאַלקיַיַט און גיריקיַיַט – די בושה, אָבער מיינסטנס איז דאָס נישט געשען.] איך האָב געפרוּווט האַלטן וואָרט. אין דעם טאָגבוך האָב איך געשריבן וועגן דעם, אָנגערופֿן נעמען, דערציילט דראַסטישע געשעענישן, און – זיי אויסגעשטראָכן, ביַיַם איבערקוקן, און שפעטער ביַיַם איבערשריַיַבן. צי האָב איך גוט געטאָן? איך האָב לאַנג זיך געוואָקלט, אָבער צום סוף האָב איך באַשלאָסן, אַז איך וועל קיין שופט נישט זיַיַן. זאָלן אַנדערע זיך פֿאַרנעמען מיטן שפילן די ראָלע פֿון די גערעכטע. בלויז איך, דוד ספֿאַרד און משה לעווין, און פֿון די פֿרויען – גאָלדע, האָבן זיך מאָביליזירט צו דער אַרבעט ביַיַם היישניט אין קאָלכאָז אויף קיראָווס נאָמען. דער קאָלכאָז האָט זיך געפֿונען בערך אַכצען קילאָמעטער פֿון נאָוואָ-אוזיענסק. מיר זענען אַהין צוגעפֿאָרן מיט אַ פויערשער פֿור און געוויינטלעך האָבן מיר דאָרט געזוימט ביז איבער די אַרבעטסטעג. סוף וואָך האָבן מיר זיך אומגעקערט אין ראַיאָן. דאָרט, אין קאָלכאָז, זענען מיר געשלאָפֿן אין די געבראַכטע וואַגאָנען, וואָס זענען געווען ספעציעל דערצו איַיַנגעאָרדנט. אָבער זייער אָפֿט בין איך מיט גאָלדען אַרויס פֿון דאָרט אין מיטן נאַכט, וויַיַל ס'איז דאָרט געווען דערשטיקט צו ווערן. מיר האָבן זיך געלייגט אויף אַ סטויג אָפגעשניטענעם היי, און נאָכן שווערן טאָג אַרבעט – איַיַנגעזונגען אין דער ווייכקיַיַט און אין דעם וווּנדערלעכן ריח ווי אין אַ אייביקן שלאָף. [גאָלדע איז שוין געווען אין די ערשטע חדשים פֿון איר שוואַנגערשאַפֿט]. דאָס עסן אין קאָלכאָז – אויפֿן פֿעלד, בעת אַן איבערריַיַס – איז געווען זייער אָרעם און אויך זייער נישט היגיעניש. צום מיינסטן איז דער מעניו באַשטאַנען פֿון "לאַפשאַ" (לאָקשן) און עטלעכע קליינע שטיקלעך שעפסן-פֿלייש. מחנות פֿליגן האָבן געבויערט איבער די מאכלים, און יעדן ביסן באַגלייט ביז צום מויל. די פֿאַרטיילערין האָט די שטיקלעך פֿלייש דערלאַנגט מיט דער הוילער האַנט. ווי גרויס דער הונגער איז פֿריִער נישט געווען, איז דער אַפעטיט פֿאַרביַיַ. איין מאָל, ווען ס'איז אָנגעקומען די אויפֿרודערנדיקע ידיעה, אַז די פֿאַרייניקטע שטאַטן האָבן דעקלערט דיַיַטשלאַנד קריג – איז זייער שנעל גערופֿן געוואָרן אין פֿעלד אַן אימפראָוויזירטער מיטינג. דאָרט איז אַרויסגעטראָטן מיט אַ פֿלאַמפֿיַיַערדיקער רעדע דער "פאַרטאָרג" (פאַרטיי-אָרגאַניזאַטאָר) פֿון דעם קאָלכאָז, און ער האָט דערקלערט, אַז איצט, נאָך דעם ווי די פֿאַרייניקטע שטאַטן זענען צוגעשטאַנען צו דער מלחמה קעגן היטלערן, איז עס אַ פֿראַגע פֿון עטלעכע טעג. איך האָב אַ קוק געטאָן אויף מיַיַנע חברים. משה לעווין האָט נישט געקענט באַהאַלטן זיַיַן איראָנישן שמייכל. דוד ספֿאַרד האָט אַראָפגעלאָזן די אויגן. פֿאַר נאַכט, ווען מיר האָבן זיך געבאָדן אין דער קליינער סאַזשלקע, האָב איך ספֿאַרד אַ פֿרעג געטאָן, פֿאַר וואָס ער האָט נישט גענומען קיין וואָרט. ערשט דאָרט, אין דעם וואַסער, האָט ער זיך פֿונאַנדערגעלאַכט אויפֿן קול... ווען מיר זענען אַרויס פֿון דער שול ביַיַם אָנהייב פֿונעם שוליאָר, האָט מען אונדז, די שריַיַבער-פליטים, איַיַנגעאָרדנט אין פריוואַטע שטובן פֿון נאָוואָ-אוזיענסק. צום אָפֿסטן – אין אַזעלכע, וווּ עס זענען געבליבן בלויז די פֿרויען, וויַיַל די יונגע און מיטליאָריקע מענער זענען שוין געווען אויפֿן פֿראָנט. די שטוב, וווּ מיר האָבן געוווינט, איז באַשטאַנען פֿון איין צימער. די באַלעבאָסטע, אַניאַ, איז געבליבן אַליין. קיין קינדער האָט זי נישט געהאַט, און איר מאַן איז ביַיַם אָנהייב פֿון דער מלחמה געווען אין דער אַרמיי. אין דעם צימער איז געווען בלויז איין בעט. אַניאַ האָט פֿאַר אונדז דריַיַ – פייגע, גאָלדע און מיר – געמאַכט אַ געלעגער אויף דער ציכטיקער, האָלצערנער פאָדלאָגע. יעדע ווייכע זאַך, וואָס האָט זיך געפֿונען אין שטוב, האָט זי פֿאַרנוצט דערצו. איידער מיר זענען געגאַנגען שלאָפֿן, האָט זי צוגעגרייט "קיפיאַטאָק" (הייס וואַסער). זי האָט די טעפלעך אַוועקגעשטעלט אויפֿן טיש, און דעמאָלט האָט זי פֿון קרעדענס אַרויסגענומען אַ בלעכענע פושקע. זי האָט די פושקע געעפֿנט און אַ זאָג געטאָן "זיַיַט זיך מכבד". גאָלדע האָט אַריַיַנגעקוקט אַהין און נישט אויפֿגעהויבן די האַנט. איך האָב אויך געוואָרפֿן אַ בליק. דאָרט זענען ביז אין דער העלפֿט געווען אָנגעשאָטן קָלירטע צוקערלעך. אין יענע טעג, ווען מ'האָט קיין זיסוואַרג אין ערגעץ נישט באַקומען, און קיין צוקער האָט מען פֿון לאַנג שוין נישט געזען, איז די פושקע צוקערלעך געווען פשוט אַן אוצר. מיר האָבן דאָס זייער גוט געוווּסט, און זיך געקווענקלט, צי מיר זאָלן געניסן פֿון דעם לעצטן ביסל זיסוואַרג וואָס אין שטוב איז געבליבן, אָבער אַניאַ האָט געמאַכט אַ מינע ווי זי וואָלט זיך באַליידיקט – און מיר האָבן פֿאַרזוכט דערפֿון.
27סטן סעפטעמבער – א' ראש השנה תשמ"ה דער יום טוב פֿון חשבון-הנפש. דער אָנהייב פֿונעם ניַיַעם יאָר ווערט אויך אויסגענוצט ווי אַ סך-הכל פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, אָבער דער שטריך ווערט נישט איבערגעצויגן ווי אַ מאָראַטאָריום, כאָטש די ייִדן פֿון אַלע עדהס בעטן סליחה ומחילה. אין זכרון פֿונעם כלל און פֿונעם יחיד ווערט נישט אַלץ אָפגעמעקט. מע פֿאַרגיט בלויז, מ'איז מוחל, יענעם – און אויך זיך. אַנדערש, וואָלט אוממעגלעך געווען וויַיַטער צו לעבן. אפילו דער קליינער, פשוטער מענטש באַגייט חטאים, וואָס ער שעמט זיך שפעטער מיט זיי, ווער שמועסט נאָך וועגן יענע, וואָס פֿאַרנעמען אַ געזעלשאַפֿטלעכע פאָזיציע אויף וואָסער עס איז געביט, און דאָס איז שייך קודם-כל דעם שריַיַבער. [שום דעצידירנדיקע פאָזיציע פֿון מאַכט, האָב אויך באַוויזן צו באַגיין חטאים, וואָס איך שעם זיך מיט זיי. עמעצער קען מיינען, אַז ווען איך שריַיַב אויבן מיט פֿאַראַט וועגן געוויסע מעשים פֿון חברים, האַלט איך זיך אַליין פֿאַר אַ צדיק. דאָס וועט זיַיַן אַ טעות. נאָך מיַיַנע יאָרן אין ראַטן-פֿאַרבאַנד בין איך געקומען צום אויספֿיר, אַז דאָרט איז באמת נישט געווען קיין "איש אשר לא יחטא". דאָס איז אוממעגלעך געווען אויסצומיַיַדן. די טאָגטעגלעכע קליינע חזיריַיַען זענען אַריַיַן אין די נאָרמעס פֿון אויפֿפֿירונג. קיינער האָט דערויף קיין פֿאַריבל נישט געהאַט, וויַיַל דער "קיינער" האָט זיך אויך אַזוי געפֿירט.] דאָס וואָרט שריַיַבער – איז אַ מאָל געווען ווי אַ הויכער טיטל. [אין רוסלאַנד\ראַטן-פֿאַרבאַנד]. דאָס וואָרט איז געווען אָנגעפֿילט מיט פֿאַרערונג און צוטרוי [נאָך פֿון די צאַרישע ציַיַטן.] דער שריַיַבער איז געוואָרן באַטראַכט ווי אַ טריבון, ווי אַ נביא, וואָס איז מוטיג אַרויסגעטראָטן קעגן יעדער געזעלשאַפֿטלעכער עוולה. דאָס ווערק פֿונעם שריַיַבער האָט געמוזט גיין אין איינעם מיט דער אַבסאָלוטער ערלעכקיַיַט פֿונעם מחבר. דער לייענער האָט דאָס אָפגעפֿילט. דערפֿאַר האָט ער אים געגלייבט און איז געוואָרן באַווירקט פֿון אים. אפילו אין צאַרישן רוסלאַנד האָט דאָס וואָרט פֿון דעם שריַיַבער אָפֿט געפֿירט צו העלדישע מעשים, אין טורמע און אויף פֿאַרשיקונג. ער איז געווען דער ביַיַשפיל, זיַיַן בוך – אַ וועגוויַיַזער. דער שריַיַבער אין ראַטן-פֿאַרבאַנד איז פֿאַרוואַנדלט אין אַ מענטש, וואָס גלייבט נישט זיך אַליין, אַ פחדן, וואָס איז גרייט, אין דער שרעק פֿאַרן אייגענעם נפש, צו זוכן חטאים אינעם חברס ווערק – אַ מין קריטיק, וואָס האָט מער צו טאָן מיט אַקטועלער פאָליטיק איידער מיט דער ספעציפֿיק פֿון ליטעראַטור. אין אַ שמועס מיט אברהם סוצקעווער, האָט ער מיר דערציילט, אַז אין די ווערק פֿון אַננאַ אַכמאַטאָוואַ האָט ער געפֿונען אירס אַ ליד פֿון יאָר 1950, אין וועלכן עס איז פֿאַראַן די שורה: "גדיע סטאַלין – טאַם סוואָבאָדאַ". מע דאַרף זיך דערמאָנען: 1950, דאָס יאָר פֿון סטאַלינס העכסטער משוגעת און פֿון דער קאַלטער מלחמה, די ציַיַט פֿון צעפֿלאַקערטן גרויסרוסישן שאָוויניזם און אַנטיסעמיטיזם. די פסוודאָנימען און קריפטאָנימען פֿון ייִדישע מחברים זענען געוואָרן אויפֿגעדעקט. אין דער סאָוויעטישער פרעסע האָבן זיך געדרוקט אַנטיסעמיטישע אַרטיקלען און קאַריקאַטורן. די ליקווידאַציע פֿון דער ייִדישער קולטור און אירע שאַפֿערס איז געווען אין פֿולן גאַנג. "צי האָט אַננאַ אַכמאַטאָוואַ נישט געוווּסט וועגן דעם? – פֿרעגט סוצקעווער – און דאָס האָט זי געשריבן נאָך אירע השתדלותן און מסירת-נפש לטובת דעם פאָעט מאַנדעלשטאַם נאָך אין די דריַיַסיקער יאָרן, ווען סטאַלין האָט אים אומגעבראַכט". איך בין לענגער פֿון סוצקעווערן געווען אין ראַטן-פֿאַרבאַנד, און מער פֿאַרבראַכט אין דער סביבה פֿון סאָוויעטישע שריַיַבערס. מיר דוכט זיך, אָז איך בין נענטער צוגעקומען צום עיקר, צום מקור פֿון דער צעפֿוילקיַיַט צווישן די סאָוויעטישע שריַיַבערס. און דערפֿאַר האָב איך אים געענטפֿערט: "אויך אַכמאַטאָוואַ, די איידעלע און די מוטיקע, האָט אין יענעם גרויליקן יאָר זיך דערשראָקן, און זי האָט אָנגעשריבן די שורה וואָס זי האָט שפעטער זיכער געוואָלט אויסמעקן". די שרעק, דאָס אָנוואַרפֿן פחד, איז געווען און געבליבן דאָס מעכטיקסטע געווער פֿון די הערשערס. ווי מאָדנע דאָס זאָל אָבער נישט קלינגען, איז דאָס אויך געוואָרן אַ שוצמיטל פֿאַר די באַהערשטע: דאָס געפֿיל פֿון שרעק האָט זיי געגעבן די אָרייענטאַציע ביז וואַנען זיי קענען גיין, וווּ ס'איז די גרענעץ, און ווען זיי דאַרפֿן אָננעמען דעם לעצטן רעטונג-אויסוועג: זיך אונטערגעבן. אין יענעם מאָמענט ווערט דער מענטש ענלעך צו אַ געהעצטער חיה וואָס אַנטלויפֿט און פרוּווט זיך ראַטעווען פֿונעם יעגער און זיַיַן הונט. בעת די חיה זעט, אַז זי איז אין קלעם, אַז זי וועט נישט אַנטרינען, לייגט זי זיך אַוועק – אָבער זי וויַיַזט די ציין. דעם סאָוויעטישן רעזשים וויַיַזט קיינער נישט די ציין. אויב דאָס איז יאָ אַ מאָל געשען, איז עס זעלטן ווען באַוווּסט געוואָרן. איך וואָלט אָבער נישט געזאָגט, אָז דער פחד איז געווען דער איינציקער מאָטיוו פֿון דער דעמאָראַליזאַציע פֿונעם סאָוויעטישן שריַיַבער. אויב אַ שריַיַבער, אין יעדן רעזשים און אין יעדער ציַיַט, איז אַ קנויל פֿון סתירות און ער קען זיך מיט זיך אַליין קיין עצה נישט געבן, איז דאָס אַזוי פֿאַרפלאָנטערט און קאָמפליצירט, אַז ער מוז דאָס פֿונאַנדערבינדן מיט די סאַמע דינסטע באַוועגונגען. דעמאָלט באַוויַיַזט ער אַריַיַנצודרינגען נישט בלויז אין זיַיַן אייגענער נשמה, נאָר אויך אין דער נשמה פֿון זיַיַנע העלדן. דאָס איז געווען דאָס מזל פֿון אמתע שריַיַבערס אפילו אין רעאַקציאָנערע רעזשימען, און אפשר טאַקע גראָד אין רעאַקציאָנערע רעזשימען. ווען די צענזור שטיקט די פרעסע, איז די ליטעראַטור דער איינציקער אַנטרין פֿונעם פֿריַיַען וואָרט. אויסנאַמען זענען די טאָטאַליטאַרע רעזשימען]. אויך אין צאַרישן רוסלאַנד האָט מען פֿאַרטריבן שריַיַבערס קיין סיביר, אָדער אומגעבראַכט אין פראָוואָצירטע דועלן, דאָך איז די טעכניק פֿון אונטערדריקן די פֿריַיַהיַיַט פֿון וואָרט נאָך נישט געווען אַזוי פרעציז ווי אין די היַיַנטציַיַטיקע דיקטאַטאָרישע רעזשימען. די סתירות אין דער נשמה פֿונעם סאָוויעטישן שריַיַבער ליגן מיר אין דרויסן, אויף דער אייבערפֿלאַק, וויַיַל זיַיַן סובטילער שפיר-אַפאַראַט איז פֿאַרדאָרבן און איבערגעפֿירט. דער סאָוויעטישער שריַיַבער האָט שלום געמאַכט מיט דער אַקסיאָמע, אַז דעם אמת קען מען נישט זאָגן. ער באַמיט זיך צו שריַיַבן אַזוי, אַז דאָס זאָל בלויז ענלעך זיַיַן צום אמת. גייט ער, במילא, דערנעבן. למשל, ער באַמיט זיך צו זיַיַן אַ פאַטריאָט, בינדט ער דעם פאַטריאָטיזם צונויף מיט אַ סאָציאַליסטישער פֿרומקיַיַט – אַ מין צונויפֿפֿלעכט וואָס איז אנטדעקט געוואָרן אין ראַטן-פֿאַרבאַנד. אָט די פֿרומקיַיַט גיט דעם היתר פֿאַר אומטאָלעראַנץ. [די אומטאָלעראַנץ איז סם פֿאַר דער ליטעראַטור.]
28סטן סעפטעמבער – ב' ראש השנה ביז 3 אַ זייגער ביַיַ נאַכט זענען מיר נישט געשלאָפֿן. מיר האָבן זיך אַריַיַנגעצויגן אין אַ דילעטאַנטיש-פֿילאָסאָפֿישן שמועס וועגן קאָסמאָס, אומענדלעכקיַיַט, לעבן-און טויט, גאָט און גלויבן. איך האָב יענע וואָך ערגעץ געלייענט, אַז די ערד וועט נאָך עקסיסטירן נישט קיין גאַנצן מיליאַרד יאָר. דאָס איז אַ גענוג לאַנגע ציַיַט, אָבער פֿאָרט נישט די אַבסאָלוטע אייביקיַיַט. אפילו אונדזער זון וועט לעבן לענגער, אַ סך לענגער, אָבער אויך זי איז נישט די עקסיסטענץ – אין איין קערפער. אַנדערע אָרגאַניזמען וועלן זי איבערלעבן, און אַזוי אָן אַ סוף "בלי ראשית, בלי תכלית". בליַיַבן וועט די אומענדלעכקיַיַט אין איר פֿאַרענדער, אין איר ווערן און פֿאַרגיין, דער אַבסאָלוט אייביקער פֿאַרנעם. מען קען אים אַנדערש נישט אָנרופֿן ווי גאָט. אין די לידער – אוודאי, און אוודאי. איך האָב זיך דערמאָנט אין אונדזערס אַ בעל-תפילה פֿון אָטוואָצקער שטיבל אויף טאַרגאָווע-גאַס אין פראַגע. משה אָסטראָווער, האָט מען אים גערופֿן, אָבער זיַיַן פֿאַמיליע-נאָמען איז געווען פיעטרושקע. (דער שריַיַבער שמחה פיעטקושקע איז געווען זיַיַנער אַ פליעמעניק). ביַיַ אונדז אין שטיבל זענען געווען בעסערע בעלי-תפילה, אַ שטייגער דער בעל-מוסף ישראל יחזקאלס, וואָס בסך-הכל איז ער געווען הייזעריק, אָבער געדאַוונט האָט ער מיט אַזאַ טעם און מתיקות, מיט אַזאַ כוח-נגינה, אַז דאָס איז געוואָרן ביַיַ אים אַן אייגענער נוסח. משה אָסטראָווער, אַ ייִד מיט האַסטיקע תנועות און מיט אַ סך דביקותדיקיַיַט, איז געווען דער וואָס האָט אָנגעהויבן, אַריַיַנגעפֿירט דאָס דאַוונען אין די פֿאָרכטיקע טעג. אויף זיַיַן פשוטן אופן האָט ער אויסגערופֿן-אויסגעיאָמערט דעם "אדון-עולם" יום כיפור אין דער פֿרי מיט אַזאַ קראַפֿט, אַז די יסודות פֿון דער וועלט האָבן אויפֿגעציטערט. אַ קאָסמישער כוח און אַן אומאָפפֿרעגלעכע זיכערקיַיַט איז געווען אין די ווערטער, אַ ווערדיקט פֿון דער אייביקיַיַט אַליין. אין די ייִנגלשע יאָרן בין איך פֿון זיַיַן "אדון-עולם" געווען פֿאַרבליפֿט און באַצויבערט, און ביז איצט בין איך נאָך נישט באַפֿריַיַט פֿון זיַיַן כישוף. עס טרעפֿט, און נישט דווקא אום יום-כיפור, אַז איך זאָג דעם "אדון-עולם" טאַקע מיטן פֿאָרכטיקן ניגון פֿון ר' משה אָסטראָווער. די האַרבע ווערטער, איַיַנגעהילטע אין דעם ניגון, רופֿן אַרויס אין מיר אַ רעליגיעזן ציטער, אַ געפֿיל פֿון אייביקיַיַט: "ואחרי ככלות הכל לבדו ימלוך נורא"... און דאָך, איידער כ'בין איַיַנגעשלאָפֿן, בין איך צוריקגעקומען צו מיַיַן אייגענעם חשבון-הנפש, וואָס כ'האָב זיך גענומען אָפריכטן פֿאַר דער אייביקיַיַט, וואָס איך רוף זי אויך "גאָט" – וויַיַל איך האָב נישט קיין בעסערן, מער טרעפֿלעכן נאָמען פֿאַר איר. אַלע מיַיַנע פֿעלערן און חטאים זענען דאָך אויך אַ טייל פֿון גאָט – פֿון זיַיַן צעשטער-פאַסיע. ער איז נישט ווייניקער זינדיק, ווי זיַיַנע ברואים, וואָס הרגענען און פֿרעסן איינער דעם צווייטן. זיַיַנע תחבולות און גרויזאַמקיַיַטן זענען געווען די ערשטיקע – פֿון אים האָבן די מענטשן געלערנט. איך גלייב אָבער, אַז גאָט, אין זיַיַן ברייטסטן קאָסמישן פֿאַרנעם, וויל כסדר ווערן בעסער, איידעלער, שענער. ער וויל אופֿהערן זיַיַן אַן אל קנא ונוקם און ווערן אַן אל רחום וחנון. און טאַקע צוליב דעם וויַיַל איך ווייס דאָס, וויל איך אויך ווערן בעסער, איידעלער, שענער. איך בין דאָך אַ טייל פֿון אים, כאָטש איך בין שוין אַזאַ טייל, וואָס גייט צו זיַיַן פֿאַרענדער – צו זיַיַן ווערן זאַמד און שטויב. דער "היסטאָרישער מאַטעריאַליזם" האָט אַריַיַנגעפֿירט אַ גרויסן טייל פֿון דער מענטשהיַיַט אין אַ וואַנזיניקן ווירוואַר. אַהין איז באַשערט געווען אַריַיַנצופֿאַלן אַ גרופע ייִדישע שריַיַבערס, די לעצטע פֿון אַ קולטור, אַ געשלאָגענע פֿון אַלע זיַיַטן, סיַיַ פֿון די פֿרעמדע, סיַיַ פֿון די אייגענע, סיַיַ פֿון די אַנטיסעמיטן, סיַיַ פֿון די זעלבסט-פֿאַראַכטערס. דער דרויסנדיקער שונא האָט אויף זיי גוזר געווען "אינטעגראַציע", און צווישן זיך האָבן זיי זיך גענומען אַרומריַיַסן ווער עס זאָל בליַיַבן צום לענגסטן, ווער פֿון זיי עס זאָל איבערלעבן מיט אַ טאָג, מיט אַ יאָר. אין אָנהייב פֿון יאָר 1943 בין איך אַריַיַנגעפֿאַלן אין אַזאַ קריגעריַיַ, וואָס איז איבערגעגאַנגען אין אַ געשלעג. נאָך דעם פלענום פֿונעם אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט אין מאָסקווע, צו וועלכן מ'האָט אויך מיך גערופֿן פֿון אַלמאַ-אַטאַ, איז פֿאָרגעקומען אַ באַראַטונג פֿון די שריַיַבערס-דעלעגאַטן. איך האָב זיך נישט ביזן סוף אָריענטירט אין די אַלע מיינונג-פֿאַרשיידנקיַיַטן און ריַיַסענישן צווישן די סאָוויעטישע ייִדישע שריַיַבערס. געוויס זענען צווישן זיי געווען איבערבליַיַבענישן פֿון אַלטע פֿאַרדרוסן און עוולות – נאָך פֿון די דריַיַסיקער יאָרן, און פֿון פֿריִער נאָך, פֿון די יעווסעקציע-ציַיַטן. די דיסקוסיע איז געוואָרן אַלץ הייסער און איבערגעגאַנגען אין אַן אַמפעריַיַ, אין היסטערישע געשרייען און זידלעריַיַען. די שריַיַבערס, חשובע, אָנגעזעענע, צווישן זיי אָרדען-טרעגער, האָבן זיך פֿונאַנדערגעטיילט אין צוויי גרופעס. איידער כ'האָב באַוויזן זיך איַיַנצוהערן אין וואָס עס גייט, האָב איך שוין געזען ווי איינער פֿון די שריַיַבערס האַלט פֿאַרן האַלדז אַ צווייטן, פֿון דער קעגנערישער גרופע. אַן אַנדערער, דווקא פֿון דער גרופע מאַרקיש-נוסינאָוו, שריַיַט צו איציק פֿעפֿערן: "דיַיַן ליד 'איך בין אַ ייִד' וועט דיך טיַיַער קאָסטן". מסתמא האָט מען דערקענט אויף מיר דעם רושם פֿון דער קריגעריַיַ. איציק פֿעפֿער האָט מיך אַוועקגערופֿן אין אַ זיַיַט און געפרוּווט מיר אויפֿקלערן דעם הינטערגרונט פֿון דעם וויסטער סצענע: "מיינט נישט, אַז דאָס זענען בלויז פערזענלעכע קידער-ווידערס. דאָס זענען אַלטע חשבונות צווישן אונדזער פאַרטיייִשער גרופע און זייער אַנטיפאַרטיייִשער גרופע". איך האָב שוין געהאַט געלייענט וועגן די אָ "אידעאָלאָגישע" קאַמפֿן. איך האָב שוין געוווּסט וויפֿל קרבנות זיי האָבן געקאָסט. פֿעפֿערס ענטפֿער האָט מיר גאָרנישט פֿאַרענטפֿערט. פֿון דער זידלעריַיַ צווישן חשובסטע ייִדישע שריַיַבערס אין ראַטן-פֿאַרבאַנד איז אויפֿגעגאַנגען דער עיפוש פֿון פערזענלעכער שינאה. אין אַזאַ געדריקטע שטימונג בין איך אַהיימגעפֿאָרן קיין אַלמאַ-אַטאַ. איך האָב ווידער פֿאַרשלאָסן אַ רינג פֿונעם גלות. אָט פֿאָר איך צוריק פֿון מאָסקווע, וואָס ליגט אין שניי אין אָנהייב מאַרץ 1943 – און סך-הכל 30 קילאָמעטער פֿון די דיַיַטשן. וויַיַסרוסלאַנד איז נאָך ביַיַ זיי, אוקראַינע איז אָפגעשניטן, לענינגראַד איז אַרומגערינגלט, אָבער סטאַלינגראַד איז אַרויסגעריסן געוואָרן פֿון די נאַצישע נעגל – מיט פֿיַיַער און בלוט, מיטן לעבן פֿון צענדליקער טויזנטער סאָוויעטישע מענטשן און מיט דער קראַפֿט פֿון הונדערטער טויזנטער מאָטאָרן. נישט וויַיַט פֿון מאָסקווע שטייט דער פֿראָנט אויפֿן אָרט, ווי פֿאַרגליווערט אין פֿראָסט. ביידע כוחות גרייטן זיך צום פֿרילינג, אָבער אין סאָוויעטישן הינטערלאַנד פֿילט זיך שוין ווי אַן אָטעם פֿון אויפֿטיי. די אַלע באַראַטונגען און אפילו שטריַיַטן אינעם ייִדישן קריַיַז אין מאָסקווע זענען אויך שוין אַדורך אונטערן צייכן פֿונעם נצחון און שלאַכט ביַיַ סטאַלינגראַד. נאָך דער קאַפיטולאַציע פֿון פֿאָן פאַולוסן האָט מען אָנגעהויבן גלייבן אין דער מפלה פֿון היטלערן. איך פֿאָר פֿון מאָסקווע צוריק קיין אַלמאַ-אַטאַ. דאָרט זיצט גאָלדע ביַיַ דינהלעס שטרייענעם וויגל און זינגט איר דאָס לידעלע, וואָס מע האָט איר אַ מאָל געזונגען אין ייִדישן אָסטראָווע. איך בין זיכער, אַז זי זינגט עס. איך הער בפירוש דעם רעפֿרייען פֿון דעם ליד: "גערעדט האָט דאָס מיידעלע צום וואַסערל אַזוי"... די רעדער פֿונעם וואַגאָן קלאַפן אויס דעם טאַקט פֿון דעם שטילן, אידילישן ייִדישן מאָטיוו. איידער מע האָט מיך אַרויסגערופֿן אויפֿן פלענום פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט אין מאָסקווע זענען די דיַיַטשן געוואָרן פֿאַרטריבן פֿון סטאַלינגראַד. דאָס זענען געווען די ערשטע טעג פֿון פֿעברואַר 1943. די שנייען און בלאָטעס זענען געוואָרן צוגעפֿרוירן און דאָס איַיַז אונטער די פֿיס האָט זיך געבראָכן. פֿאַר נאַכט, נאָך דעם ווי איך בין שוין געקומען פֿון דער אַרבעט, איז אָנגעלאָפֿן ניוראַ, די באַלעבאָסטע פֿון אונדזער "וווינונג" מיט אַ בשורה. אַ פֿאַרסאָפעטע האָט זי קוים אַרויסגעזאָגט די צוויי ווערטער: "סטאַלין פאַל" – סטאַלין איז געפֿאַלן. געהערט האָט זי מסתמא אין שטאָט, אַז סטאַלינגראַד איז אַריַיַנגעפֿאַלן צו די דיַיַטשן. אַזאַ ידיעה איז זיכער פֿאַרשפרייט געוואָרן, נישט צום ערשטן מאָל, אין די קריַיַזן וווּ זי איז געקומען, און וווּ מ'האָט זיך דאָס געוווּנטשן, וויַיַל קיין גרויסע פאַטריאָטן זענען זיי נישט געווען. איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז זי מיינט סטאַלינגראַד, נאָר זי קען, נעבעך, דאָס וואָרט נישט איבערחזרן. זי איז געווען אַ קיַיַלעכיקע אַנאַלפֿאַבעטקע און נישט געוווּסט אפילו, אַז עס עקסעסטירט אַ שטאָט מיט אַזאַ נאָמען און אַז דאָרט קומט פֿאָר די וויכטיקסטע געשעעניש פֿון דער עפאָכע. אַן אימה איז מיך באַפֿאַלן: איז סטאַלינגראַד טאַקע געפֿאַלן? האָבן די דיַיַטשן פֿאַרנומען דעם וויכטיקן סטראַטעגישן פונקט, און דער וועג פֿאַר זיי איז אָפֿן? אין דער פֿרי צו מאָרגנס האָב איך זיך דערוווּסט, אַז סטאַלינגראַד איז טאַקע געפֿאַלן, אָבער נישט ביַיַ דער סאָוויעטישער אַרמיי, נאָר ביַיַ די דיַיַטשן. אין אַ וואָך אַרום האָב איך באַקומען אַ טעלעגראַמע פֿון מאָסקווע מיט אַן אַרויספֿאָדערונג צום פלענום פֿונעם אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. אַ טאָג שפעטער האָב איך געקריגן אַ מעלדונג צו קומען אויף אַ מיליטערישע מאָביליזאַציע אין "קרעפאָסט" – פֿעסטונג – אַזוי האָט מען גערופֿן דעם מיליטערישן מאָביליזיר-פונקט אין אַלמאַ-אַטאַ. פֿון אַן אַלטן סערוועטענעם פוילישן האַנטעך האָט גאָלדע מיר אויפֿגענייט אַ זעקל פֿאַר די פערזענלעכע זאַכן וואָס איך דאַרף נעמען מיט זיך, אויב מע וועט מיך אַוועקשיקן. גאָלדע האָט דאָס זעקל אויפֿגענייט מיט רויטן פֿאָדעם – דער איינציקער וואָס איז ביַיַ אונדז געווען – מיט איבערגעוואָרפֿענע שטעך, שטאַרקע. אָבער אויך דאָס מאָל האָט מען מיך נישט אַוועקגעשיקט. דער פֿאָרזיצער פֿון דער מיליטערישער קאָמיסיע האָט באַטראַכט די טעלעגראַמע פֿון מאָסקווע און ער האָט מבטל געמאַכט מיַיַן מאָביליזאַציע. "דאָס פֿאָרן איַיַערס קיין מאָסקווע – האָט ער געזאָגט אין עטוואָס אַ פֿיַיַערלעכן טאָן – איז אַ מלוכישער ענין. דאָס איז וויכטיקער פֿאַרן נצחון ווי איַיַער איצטיקע מאָביליזאַציע" – און ער האָט אויפֿן אָרט צעריסן די "פאָוויעסטקע". אגב, ער איז געווען אַ ייִדישער אָפֿיציר... איצט פֿאָר איך צוריק. וואָס טוען זיי דאָרט! דינהלע ווערט שוין אַ יאָר, און גאָלדע? צי איז זי געזונט? ווי אַזוי גיט זי זיך אַן עצה? די מאַמע אירע איז געשטאָרבן מיט דריַיַ חדשים צוריק. אַלט און שוואַך ווי זי איז געווען, האָט זי פֿאָרט געהאָלפֿן אַריַיַנברענגען עפעס אין שטוב. גאַנצע טעג האָט זי זיך אַרומגעדרייט אויפֿן מאַרק און געזוכט דאָרט "מציאות" – פֿאַרפֿרוירענע קאַרטאָפֿל, אַ ביסל צוגעפֿוילטע עפל. זי פֿלעגט אויך צונויפֿקליַיַבן שפענדלעך פֿון אַלטן מעבל און אַנדערע זאַכן וואָס טויגן צום הייצן און קאָכן. אַליין האָט זי קוים טועם געווען אַ שטיקל ברויט, אַ מאָל אַ ביסל מילך. ווי איך האָב שוין דערמאָנט, האָט זי קיין פֿלייש נישט פֿאַרזוכט, אפילו ווען דאָס האָט אַ מאָל זיך באַוויזן ביַיַ אונדז. דאָס איז דאָך כמעט תמיד געווען נישט כשר, און חוץ דעם, האָט זי געדאַנקט גאָט, אַז זי האָט אַ תירוץ דאָס נישט צו עסן – דאָס זאָל אָנקומען צו גאָלדען און צו מיר. אָן דערנערונג און אָן וויטאַמינען איז די מאַמע קראַנק געוואָרן אויף צינגאַ און אויסגעגאַנגען פֿון די כוחות. צו דער ריַיַזע קיין מאָסקווע האָט מען מיך אויסגעשטאַט מיט אַ פֿופֿיַיַקע און מיט וויאַליקעס. מ'האָט מיר אויך געגעבן פֿון אַ ספעציעלן פֿאָנד אַ ביסל פראָדוקטן און זיסוואַרג. די שפיַיַזפראָדוקטן האָב איך איבערגעלאָזן אין שטוב פֿאַר גאָלדען מיטן קינד. אָבער ווי לאַנג האָט דאָס געקענט סטיַיַען? איצט, נאָך עטלעכע וואָכן אין מאָסקווע, פֿאָר איך אַהיים. וואָס ברענג איך פֿאַר וויַיַב און קינד? גאָרנישט. אויף איינער פֿון די סטאַציעס אינעם לאַנגן וועג איז אַריַיַנגעפֿאַלן אַ פֿאַריאַכמערטער יונגער-מאַן מיט אַ געל קאָזעבערדל. ער האָט געהאַט מיט זיך אַ זעקל מיט אַ פעקל. ער האָט שנעל זיך איַיַנגעאָרדנט אין וואַגאָן, און ווען ער האָט אָפגעסאַפעט, האָט ער מיך אַדורכגענומען מיט די אויגן און געפֿרעגט מיט אַ וואַרשעווער ניגון: "וואָס פיִאָרט איאָר"? "גורנישט" – האָב איך אים געענטפֿערט. "וואָס הייסט גורנישט"? – דער געלער יונגער-מאַן האָט זיך אַזוי צעלאַכט, אַז כ'האָב שוין נישט געהערט דאָס רירן פֿונעם צוג. איך בין זיך מודה, אַז אין אָנהייב האָב איך זיך נישט געכאַפט פֿון וואָס ער לאַכט, אָבער ווען ער איז געקומען צו זיך, האָט ער אַליין זיך אויסגעטיַיַטשט פֿאַר מיר: "וווּסע? איִאָר פֿיאָרט נישט קאַ ריַיַז, קאַ ציקאָ, קאַ זאַלץ – גונישט"? אַז כ'בין צוריקגעקומען אַהיים און דערזען אויפֿן טיש דעם וויַיַסן צוקער-בוריק און די שוואַרצע פֿאַרטריקנטע שטיקלעך ברויט, האָב איך ערשט באַדויערט פֿאַר וואָס כ'האָב נישט געבראַכט אַ ביסל עסנוואַרג פֿון מאָסקווע; ערשט דעמאָלט האָב איך אויף אַן אמת פֿאַרשטאַנען דאָס געלעכטער פֿון דעם געלן ייִד.
30סטן סעפטעמבער. נאָך ראש השנה. דער יום-טוב איז אַדורך שטיל, אַ ביסל צו שטיל. דער שבת איז געווען ווי אַ דריטער טאָג יום-טוב, און ער האָט שוין אַ ביסל געלאַנגוויַיַליקט. הדסה איז געווען אין אַ מידער אומעטיקער שטימונג. וויַיַזט אויס אַז עפעס באַאומרויִקט זי. איך בין אויך נישט אַזוי שטאַרק צופֿרידן פֿון זיך. ווען בין איך דען יאָ צופֿרידן? בלויז אין די מינוטן ווען איך שריַיַב אָן אַ ליד און עס געפֿעלט מיר אַזוי, אַז איך פֿאַרגעס אין גאַנצן אין זיך – אין מיַיַן נישטיקיַיַט, ציַיַטוויַיַליקיַיַט, אין מיַיַן פחד פֿאַרן גזר-הדין פֿון דער ציַיַט. ווען איך טראַכט וועגן מיַיַנע לידער, וואָס איך שריַיַב לעצטנס אַזוי ווייניק, כמעט אין גאַנצן נישט, זע איך ערשט דעם עיקרדיקן אונטערשייד צווישן זיי, די לידער, און דעם וואָס איך שריַיַב איצט. אַ ליד איז ווי אַן אָנזאַמל פֿון דערפֿאַרונגען און געפֿילן, וואָס קומען אָן פֿון אַלע וועגן, מישן זיך אויס, ענדערן איינע די אַנדערע, ביז זיי ווערן פֿאַרוואַנדלט אין אַ מין ניַיַער גאַנצקיַיַט, וואָס שטייגט איבער מיַיַן כוח און פֿאַרמעסט. דאָס ליד, דאָס אמתע ליד, וואַקסט מיך תמיד אַריבער – און איך בליַיַב שטיין פֿאַר דעם מיט פֿאַרוווּנדער און מיט אומגלויבן אַז איך האָב דאָס געשאַפֿן. דאָס, וואָס איך שריַיַב איצט, ברענג איך אַרויף ביז צו מיַיַן באַוווּסטזיַיַן פֿון דאָרט, וווּהין עס איז אַראָפגעזונקען אין משך פֿון יאָרן – פֿונעם דעק פֿון דער נשמה. דאָרט ליגן זיי, די שטיקלעך און שפליטערס פֿון מיַיַן זכרון. אַ סך מאָל קליַיַב איך איבער צווישן זיי. וואָס עס געפֿעלט מיר, פֿאַלט מיר שנעל אין די אויגן, און וואָס מיר איז נישט צום האַרצן, פֿאַרבראַקיר איך, אָדער איך לייג עס אַוועק אויף שפעטער. און דאָך, אפילו אין דעם אָ "זשאַנער", אויב מע זאָל עס אַזוי אָנרופֿן, איז אויך דער אַמאָל פֿון אַ העכערער מדרגה, ווי דער איצט. די פֿאַרגאַנגענע ציַיַט איז אַ פֿילטער וואָס לאָזט נישט אַדורך דאָס צופֿעליקע. די שיכחה מאַכט בולטער דעם עיקר, דאָס וואָס לאָזט זיך נישט פֿאַרגעסן. עס ליַיַדן בלויז די נעמען פֿון מענטשן און דאַטעס, אָבער נישט דאָס איז דאָך פֿאַר מיר וויכטיק; איך שריַיַב נישט קיין כראָניקעס. זאָל זשע דער היַיַנטיקער טאָג זיַיַן אַזאַ וואָס ברענגט אַרויף דאָס אַמאָליקע, דאָס אָפגעלייגטע, וואָס איך האָב באַהאַלטן אויף שפעטער – צוליב בושה אָדער פחדנות. אפילו אַ בידנע חיה ווייסט דאָך דאָס צו טאָן, און ווען ס'קומט די ציַיַט, קאָפעט זי אויף די ערד און שלעפט אַרויס אַ זאַך וואָס זי קען נישט פֿאַרגעסן. איין גרויסע מעלה נאָך האָט דער "זשאַנער", וואָס איך האָב אויסגעקליבן פֿאַר די אָ העפֿטן: איך מעג, און איך דערלויב זיך, אָפצוּווייכן אין אַ זיַיַט און רעדן וועגן וואָס מיר ווילט זיך און וועגן ווען מיר ווילט זיך. קיינער, אפילו איך אַליין, באַשטימט נישט דעם וועג, און די סימעטריע איז דאָ בכלל נישט גילטיק. צוליב דעם אַליין וועט מיַיַן קומענדיקער קריטיקער מיך קענען מישפטן גרינטלעכער און אמתדיקער איידער פֿון די אויסגעמאָסטענע און אָפגעווויגענע שורהלעך אין די לידער. אפילו פֿון דער איצטיקער דיגרעסיע וועט ער האָבן אַ געלעגנהיַיַט צו מאַכן זיַיַנע אויספֿירן: "וואָס איז ער אויסן? וואָס פרוּווט ער צו פֿאַרשטעלן"? אויב ער וועט זיַיַן גענוג כיטרע, וועט ער עס דערגיין. איך בין אים נישט מחוייב צו העלפֿן... דערוויַיַל וועל איך צוריקגיין צום היַיַנטיקן טאָג – אַ געוויינלעכער וואָכעדיקער טאָג. נאָר וואָס האָב איך אַרויסגענומען די בריוו פֿונעם פאָטשטקעסטל: אַ נאָרמאַלע פאָטשט. שטענדיק, ווען איך גיי אַראָפ פֿון די שטיגן אַרויסצונעמען די בריוו, קלאַפט מיר דאָס האַרץ – אַ ביסל פֿון דער וואַרטן און אַ ביסל פֿון שרעק. איך וואַרט נאָך אַלץ אויף צוויי זאַכן מיט אַ מאָל: אַ גוטע בשורה און אַ שלעכטע. היַיַנט איז אָנגעקומען אַ ברכה צום ניַיַעם יאָר מיט גוטע ווערטער פֿון אַ פֿריַיַנד אין פאַריז. איך גלייב אין זיַיַן ליבשאַפֿט, און אין די וואַרעמע ווערטער. מיַיַנע עטלעכע גוטע פֿריַיַנד לעבן אין אויסלאַנד. ווען זיי וואָלטן געווען נענטער, וואָלטן זיי מיך אפשר ווייניקער ליב געהאַט. אַבער איך גלייב זיי, די פֿריַיַנד, שאַץ עס מיטן באַוווּסטזיַיַן, אָבער פֿאַר וואָס פֿרייט עס מיך נישט? פֿאַר וואָס דערהייבט מיך נישט די פֿריַיַנדשאַפֿט און די ליבע פֿון מענטשן? איך קריג מורא, אַז זיי ווערן עס דערפֿילן, און איך וועל זיי אויך פֿאַרלירן. הייסט עס דאָך ווידער, אַז איך גלייב יאָ אַ ביסל דערין, וויַיַל כ'בין פֿאַרינטערעסירט אַז דאָס זאָל אָנהאַלטן. און אפשר זענען די פֿריַיַנד אויך אַזעלכע – נישט זיכערע אין זייערע געפֿילן, נאָר בלויז אין די ווערטער? אפשר מאַכן זיי בלויז אַן אָנשטעל? זיי שמייכלען און זאָגן קאָמפלימענטן, אָבער אין דעם אמתן גלייבן זיי נישט, אין גאָרנישט נישט? זאָלן זשע געבענטשט זיַיַן יענע מינוטן ווען מען פֿאַרגעסט אין גאַנצן אין זיך, ווען אַ שיינקיַיַט, אַ וואָסערע זי זאָל נישט זיַיַן – [אַ פֿרוי, אַ פֿאַרנאַכט, אָדער אפילו אַ וואָרט] פֿאַרכאַפט און פֿאַרכליניעט. דעמאָלט איז שוין מער נישט נייטיק צו גלייבן אין זיך, צו גלייבן אין ייענעם. די שיינקיַיַט באַשטעטיקט און פֿאַרזיכערט די אייביקיַיַט: בלומען, מוזיק, ליד, ליבע. [מע הייבט אָן גלייבן אין די אַלע און דאָס איז דאָך אַזוי שווער. צום שווערסטן איז צו גלייבן אין דעם לעצטן פֿון די אויסגערעכנטע]. [דער אַלטער באַקאַנטער וו.] איינער פֿון מיַיַנע עלטסטע פֿריַיַנד, האָט היַיַנט טעלעפֿאָנירט צו מיר. היות ווי ער וועט זיַיַן אין אונדזער געגנט, איז ער גרייט זיך אַריַיַנצוכאַפן. זיַיַנע רייד און זיַיַנע באַרומעריַיַען זענען מיר נישט צום האַרצן. אָבער וואָס קען מען טאָן? צי מיט פניות, צי אָן פניות – דער מענטש האָט אַרויסגעוויזן צו אונדז וואַרעמקיַיַט און פֿריַיַנדשאַפֿט אין די שווערע טעג פֿון יאָר 1957 אין פאַריז און אין בריסל. אַלע מיַיַנע שריַיַבער-קאָלעגן משפט איך לויט זייערע מעשים, אָבער איך באַגיי אַ מאָל אַ פֿעלער מיט דעם, וואָס דער טאַלאַנט פֿון דעם אָדער יענעם באַשטימט ביַיַ מיר מיַיַן באַציִונג צו אים, און נישט זיַיַן געפֿיל צו מיר, זיַיַן חברישקיַיַט. [ביַיַ וו. קומען נאָך צו זיַיַנע פערזענלעכע, אָפשטויסנדיקע אייגנשאַפֿטן: זיַיַן דראַפען זיך אַרויף, זיַיַן יאָגן זיך נאָך אָנערקענונג, זיַיַן כסדרדיק רעדן וועגן זיך, וועגן זיַיַנע דערפֿאָלגן. נו, איז וואָס? אפשר טאַקע גלייבט ער אין זיך, אפשר האַלט ער אַז מ'האָט אים ביז איצט באַעוולט, און אויב אויך אים שאַץ איך אפשר אָפ איינזיַיַטיק. איצט פֿירט ער מיך אַרויף צו די מחשבות וועגן די מענטשן און זייער אויפֿפֿירונג בעת דער מלחמה. ער וועט מאַכן אַן אָנשטרענג, וועט ער דערגרייכן וואָס אים קומט, וואָס ער איז ווערט לויט זיַיַנע פֿעיִקיַיַטן. פֿאַר וואָס נישט? אויב עס מעגן זיַיַן קינסטלער, וואָס קענען נישט גלייבן אין זיך, און צוליב דעם ליַיַדן זיי יסורים, פֿאַר וואָס זשע קענען נישט זיַיַן אומפֿעיִקע מענטשן, וואָס זענען איבערציַיַגט, אַז מע טוט זיי אַן עוולה?] דער באַקאַנטער האָט מיך אויך צוריקגעפֿירט צו מיַיַנע מחשבות וועגן די מענטשן און זייער אויפֿפֿירונג בעת דער מלחמה אין ראַטן-פֿאַרבאַנד. [נעמענדיק אין באַטראַכט, די ייִדישע שריַיַבערס פֿון פוילן, זענען געווען היימלאָזע, פליטים, צווישן פֿרעמדע מענטשן, מיט כסדרדיקע פחדים וועגן אייגענעם גורל און מיט זאָרגן איבער די נאָענטע, וואָס זענען געבליבן ביַיַ די דיַיַטשן – זענען זיי נאָך אַלץ נאָך געווען מענטשלעכער און בעסער, ווי די דאָרטיקע, די בירגער פֿון ראַטן-פֿאַרבאַנד]. אַ לאַנד און די דאָרטיקע מענטשן דערקענט מען אויף אַן אמת דעמאָלט ווען מע וווינט דאָרט אין די זעלבע באַדינגונגען וואָס די שטענדיקע בירגער האָבן, און נישט אין קיין בעסערע. אין יאָר 1939, ווען מ'האָט מיך געבראַכט מיט פאַראַד קיין מינסק, באַזעצט מיך אין האָטעל "ביעלאַרוס", וווּ דער בופֿעט איז געווען גרייט פֿאַר מיר מיט טיַיַערע געטראַנקן און געבראָטענע קאַטשקעלעך, און וווּ אויפֿן טיש אין מיַיַן צימער זענען תמיד געשטאַנען בלומען און דרומדיקע פֿרוכטן – אויך אין מיטן ווינטער – האָב איך נישט געקענט זען די אומעטיקע פנימער פֿון די סאָוויעטישע בירגער אויף די אָנגעשנייטע, גליטשיקע גאַסן. איך האָב זיי טאַקע נישט געזען, פשוט נישט געזען! איך האָב אויבן בקיצור שוין דערמאָנט יענע האָניקטעג אין סוף 1939, ווען מע האָט געפֿיַיַערט דאָס פֿאַרייניקן צו דער וויַיַסרוסישער רעפובליק די מערבדיקע געביטן. היות ווי כ'האָב געוווינט אין ביאַליסטאָק, בין איך אויטאָמאַטיש געווען אַ "וויַיַסרוס", און מחמת דעם, וויַיַל כ'בין געווען אַ חשובער דיכטער,און אויך מיט פאַרטיייִשע פֿאַרדינסטן, האָט מען מיך באַשטימט פֿאר אַ מיטגליד אין דער דעלעגאַציע פֿון מערב-וויַיַסרוסלאַנד, וואָס ווערט געשיקט צו די פֿיַיַערונגען אין מינסק, די הויפטשטאָט פֿון דער וויַיַסרוסישער סאָציאַליסטישער רעפובליק. [נאָך מיַיַן אָנקומען קיין מינסק איז אָבער געשען מיט מיר אַ מכשול, וואָס איז עלול געווען גורם צו זיַיַן, אַז איך זאָל זען מינסק אין ריכטיקן ליכט, און נישט אין דעם קאָמפֿאָרט פֿון האָטעל "ביעלאַרוס"]. דער הויפט-רעדאַקטאָר פֿון "ביאַליסטאָקער שטערן" איז דעמאָלט שוין געווען שולמאַן – אַ מינסקער. ער האָט זיך געווענדט צו מיר מיט אַ בקשה, אַז איך זאָל מיטנעמען פֿאַר זיַיַן פֿרוי אין מינסק אַ פאָר וויַיַסע, זומערדיקע לאַטשן. איך האָב זיך געחידושט פֿאַר וואָס דער רעדאַקטאָר שיקט אין סאַמע ווינטער זומערדיקע טופֿלעס פֿאַרן וויַיַב. אין יענעם פֿינצטערן פֿאַרטאָג איבער די אומבאַקאַנטע און גליטשיקע מינסקער גאַסן, האָב איך קוים געטראָפֿן אין דער וווינונג – אַ הילצערנער פאַרטער. דאָס וויַיַב און די קינדער האָבן מיך אויפֿגענומען בכבוד גדול, געפֿרייט זיך מיט די שיך און געלייגט מיך שלאָפֿן. אין דער פֿרי האָט מען מיך אַוועקגעפֿירט צו זעליג אַקסעלראָד און צוזאַמען מיט אים בין איך צו מאָרגנס געווען אויף די מאַניפֿעסטאַציעס. בעת מיר זענען געגאַנגען אין מאַניפֿעסטאַציע-צוג איבער דער גאַס זענען צו אונדז צוגעגאַנגען עטלעכע מענטשן און גענומען וועגן עפעס שנעל און אויפֿגערעגט רעדן מיט אַקסעלראָדן. זעליג האָט זיך ווי פֿאַרענטפֿערט. אַרויסגעוויזן האָט זיך, אַז איך האָב נישט געטאָרט גיין נישט צום רעדאַקטאָר אין שטוב און נישט צו אַקסעלראָדן, נאָר אין האָטעל "ביעלאַרוס", וווּ עס זענען רעזערווירט צימערן פֿאַר יעדן איינעם פֿון דער דעלעגאַציע פֿון מערב-וויַיַסרוסלאַנד. אַלע דאַרפֿן זיַיַן צוזאַמען, אויף איין פלאַץ, און זיי דאַרפֿן נישט מאַכן קיין אינדיווידועלע באַזוכן אָן דעם וויסן פֿון דער אָנפֿירונג פֿון דער דעלעגאַציע. די דעלעגאַטן וועלן ווערן געפֿירט דורך באַשטימטע און באַהאַוונטע מענטשן אין מינסקער פֿאַבריקן, אין קאָלכאָזן פֿון מינסקער געגנט, און בכלל אויף די ערטער וואָס ס'איז כדאי צו באַזוכן. ווען מ'האָט מיך געבראַכט אין האָטעל "ביעלאַרוס" האָט זיך טאַקע אַרויסגעוויזן, אַז די גאַנצע דעלעגאַציע איז שוין אַוועק מיט אַ באַזוך אין אַ "קאָלכאָז-מיליאָנער" – אַזוי האָט מען דאָרט גערופֿן די קאָלכאָזן וואָס זענען געווען בעסער סיטוירט און זייערע מיטגלידער האָבן גוט געלעבט, לויט יענע באַגריפֿן. איינס-און-צוויי איז פֿאַר מיר אָרגאַניזירט געוואָרן אַ ספעציעלער אויטאָ, און מע האָט גענומען יאָגן מיט דער גאַנצער שנעלקיַיַט צו יענעם קאָלכאָז. דער וועג איז געווען זייער אַ שלעכטער און עס האָט אַרויסגעשאָקלט די בעבעכעס. געפֿירט דעם אויטאָ האָט אַ פֿרוי, אַ מיטגליד פֿונעם מינסקער פאַרטיי-קאָמיטעט. זי האָט גערעדט פויליש. אין קאָלכאָז האָב איך אַלעמען שוין געטראָפֿן ביַיַ די טישן – אין דער וווינונג פֿונעם קאָלכאָז-פֿאָרזיצער. אינעם גרויסן עסזאַל איז געשטאַנען אַ געדיכטער מאַכאָרקע-רויך און אַ דאַמף פֿון וואָדקע. אַלע דעלעגאַטן, און אויך דער פֿאָרזיצער פֿונעם קאָלכאָז, זענען געווען בגילופין. און אַז מ'האָט מיך פֿאָרגעשטעלט פֿאַרן פֿאָרזיצער און אים דערציילט, אַז איך בין אַ "פּיסאַטעל", אַ פאָעט, האָט ער געמאַכט פלאַץ לעבן זיך און גענומען מיך צוזיך מיט בראַנפֿן און סאַלע. דערנאָך האָט ער מיך גענומען אַרומפֿירן איבער אַלע זיַיַנע צימערן און וויַיַזן מיר דעם וווילשטאַנד. אינעם שלאָפֿצימער האָט ער פֿאַר מיר געעפֿנט אַ מלבושים-שאַנק און געוויזן מיר זיַיַנע אָנצוגן פֿון גראָבן געוואַנט, זיַיַנע שטיוול און וואַלענקעס. ער האָט געוואַרט, אַז איך זאָל אַריַיַנפֿאַלן אין התפעלות, און ווען דאָס איז נישט געשען, האָט ער אָנגעהויבן צושטיין: "זאָג, חבר, אין פריצישן פוילן האָט אַ פויער געקענט האָבן אַזוי פֿיל מלבושים, אַזעלכע שיך? דאָס איז, ברודערקע, סאָוויעטישע מאַכט"! [פֿון דעמאָלט אָן בין איך אַריַיַן אין גן-עדן פֿון די נאַראָים.] מ'האָט אונדז געפֿירט אין דער קָנדיטעריַיַ-פֿאַבריק אין מינסק, געוויזן אונדז געשמאַקע און דעליקאַטע שאָקאָלאַד-אויסאַרבעטונגען, און דערביַיַ יעדן איינעם פֿון די דעלעגאַטן געשענקט אַ ריזיקע באָנבאָניערע. מ'האָט אונדז אַריַיַנגעלאָזט אין אַ פֿאַרמאַכט געשעפֿט פֿון קליידער און מאַנופֿאַקטור און פֿאָרגעלייגט צו נעמען פֿאַר זיך אומזיסט אַלץ וואָס דאָס האַרץ גלוסט. איך האָב אַדורכגעקוקט די וואָלענע זאַכן, געזוכט אַ וואַרעמען זשאַקעט פֿאַר גאָלדען, איך האָב אָבער נישט געפֿונען קיין איינעם, וואָס וועט איר געפֿעלן. ווען מיר האָבן באַטראַכט און גענישטערט אין די סחורות, זענען די טירן פֿונעם געשעפֿט געווען געשלאָסן. דורך דער שויבן-וויסטאַווע האָב איך געזען ווי אין דרויסן שטייען פֿאַרבאַבלטע ??? (ע"מ 82, שורה 4 מלמעלה) פֿרויען און שטעקן די ניַיַגעריקע נעז אין שויפֿענצטער. איך האָב נאָך אַלץ נישט געוווּסט, אַז די וואָס שטייען אין דרויסן, האָבן נישט קיין רעכט צו קויפֿן עפעס אין אַזאַ געשעפֿט, אפילו פֿאַר זייער כשר-פֿאַרדינטן געלט. אין דער געביַיַדע פֿונעם האָטעל איז געווען אַ גרויסאַרטיקער, מאָדערנער שפיַיַז-מאַגאַזין. אויך אין דעם געשעפֿט האָט מען אונדז אַריַיַנגעפֿירט, און ביַיַ פֿאַרשלאָסענע אוןפֿאַרהאַנגענע טירן און פֿענצטער האָט מען אונדז געטיילט פֿון כל-טוב, פֿון אַזעלכע פראָדוקטן וואָס מינסקער איַיַנוווינער – אַחוץ די אויסדערוויילטע – האָבן געזען בלויז אין חלום. און איך האָב דאָס אויך נישט געוווּסט. איך בין געזעסן אין דעם וואַרעמען האָטעל, געגעסן די געשמאַקע מאכלים פֿון בופֿעט אויפֿן חשבון פֿון דער מלוכה – און ס'איז מיר גוט געווען. איין מאָל האָט צו מיַיַן טישל זיך צוגעזעצט אַ ייִד מיט אַ קיַיַלעכדיקן בערדל, זיך אומגעקוקט און גענומען רעדן שטיל און שנעל: "איך ווייס, איר זענט אַ "זאַפאַדניק" (אַ מערבדיקער). איר מיינט טאַקע אַז אַלע דאָ לעבן ווי איר? קוקט זיך אַרום וואָס ס'טוט זיך אין דרויסן"... דאָס איז געווען ווי מע וואָלט מיך אָפגעגאָסן מיט קאַלט וואַסער. איך האָב זיך דערשראָקן און אַ טראַכט געטאָן: אפשר אַ פראָוואָקאַטאָר? פֿאַרן צוריקפֿאָרן אַהיים האָט מען אונדז אַריַיַנגערופֿן אין ביוראָ פֿונעם האָטעל. דאָרט איז געזעסן אַ באַאַמטער און געטיילט אונדז די מתנות: ביכער אין דער וויַיַסרוסישער שפראַך און אַ געלטסומע פֿון טויזנט רובל. מע האָט אונדז באַגלייט מיט מוזיק. חשובע מיטגלידער פֿון דער פאַרטיי און פֿון דער רעגירונג האָבן אונדז אַריַיַנגעפֿירט אין די וואַגאָנעס פֿונעם סאָוויטישן לוקסוסצוג און זיך געקושט מיט יעדן איינעם פֿון אונדז. אויך מיט מיר האָבן זיך דעמאָלט געקושט אַ סך פֿרעמדע מענטשן, מיט מעדאַלן אויף די ברוסטן און מיט אַ ריח פֿון בראַנפֿן און קנאָבל. אויף יעדער סטאַנציע, פֿון מינסק ביז ביאַליסטאָק, זענען געשטאַנען בלאָז-אָרקעסטרעס און געשפילט הימנען און פאַטריאָטישע לידער. אין מינסק איז געווען דער גרויסער יום-טוב, אָבער ער האָט זיך מיר נאָכגעשלעפט ביז קיין ביאַליסטאָק. איך בין געווען פֿאַרטשאַדעט און נישט געזען, נישט פֿאַרשטאַנען וואָס אַרום מיר קומט פֿאָר. די גרויל-ידיעות, וואָס האָבן אָנגעהויבן אָנקומען פֿון פוילן האָבן אין מיַיַנע אויגן געמאַכט פֿאַר נישטיק די שוועריקיַיַטן פֿון די פליטים און אפילו די עוולות וואָס זיי האָבן דאָ געליטן. אין יענע טעג האָב איך באַקומען צוויי פאָטשטקאַרטלעך פֿון וואַרשע, ביידע מיטן דיַיַטשישן פאָטשט-שטעמפל – און מיטן האַקנקרייץ. איין קאַרטל איז געווען פֿון דער מאַמען. זי שריַיַבט: "ווען נישט די פעקלעך וואָס איך קריג פֿון דיר, וואָלט איך פֿון לאַנג שוין זיך געזען מיטן טאַטן". דער טאַטע איז געשטאָרבן מיט פֿיר יאָר צוריק... דאָס צווייטע קאַרטל איז געווען פֿון מאַרי. זי איז מיטן קינד אין וואַרשע. זיי וואַלגערן זיך ביַיַ פֿרעמדע מענטשן. אַלבערט האָט געשוואָלענע הענטלעך פֿון קעלט. אַלבערט איז געווען מיַיַן זון, וואָס מאַרי האָט געבוירן אין פאַריז, אין יאָר 1938. גאָלדע האָט געלייענט די ביידע קאַרטלעך. זי האָט געוווּסט, אַז די מאַמע וועט נישט אוועק פֿון וואַרשע. און וועגן מאַרין מיטן קינד האָט זי געשוויגן. זי האָט זיך אָנגעשטויסן וואָס איך טראַכט. אפשר, אפשר וועגן ברענגען זיי אַהער? אָבער זי האָט זיך נישט געקענט העלפֿן. זי האָט וועגן זיי נישט גערעדט. איך, ווי אַ סך אַנדערע אַזעלכע, זענען געווען אין אַ "ספעציעלער באַהאַנדלונג". איך האָב זיך נישט געכאַפט, וויַיַל איך בין געווען אידעיִש צוגעגרייט אויפֿצונעמען ישועות ונחמות, און נאָך דעם דיַיַטשישן אָנפֿאַל אויף פוילן, נאָך זייערע ערשטע רציחות, בין איך אוודאי גרייט געווען צו זען ביַיַ די סאָוויעטן בלויז דאָס גוטע. [און בלויז דאָס האָב איך געזען]. פֿון די נעגאַטיווע דערשיַיַנונגען האָב איך אַוועקגעקוקט. ווען אַזעלכע האָבן שוין געריסן די אויגן, האָב איך זיי פֿאַרענטפֿערט מיט מלחמה-באַדינגונגען און אַנדערע "אָבייעקטיווע סיבות". ביסלעכוויַיַז בין איך אַריַיַן אין אַ געזעלשאַפֿט, וווּ די אינטעליגענץ, קודם-כל, די שריַיַבערס און קינסטלערס, די אַזוי גערופֿענע שאַפֿערישע גרופעס, זענען אַזוי צי אַנדערש געוואָרן געקויפֿט דורך דער מאַכט, אָדער אַ מין רעגירונג-באַאַמטע. פֿון אָנהייב האָב איך דאָס נישט געפֿילט. איך האָב געהאַלטן, אַז דאָס קומט מיר, אַז כ'האָב עס פֿאַרדינט צוליב מיַיַן אָפשטאַמונג, צוליב מיַיַנע ליַיַדן ביַיַם פֿריערדיקן פאָליטישן רעזשים. עס האָט געהייסן, אַז איך באָקום איצט דעם לוין דערפֿאַר וואָס כ'האָב געליטן אין פוילן, און דערפֿאַר אויך, וויַיַל אין די אַמאָליקע שווערע באַדינגונגען האָב איך זיך דעקלאַרירט און אַגיטירט פֿאַר דער איינציקער, גערעכטער אָרדענונג. צום ערשטן מאָל האָט אַן אָפֿיציעלער פֿאַרלאַג, דער וויַיַסרוסישער מלוכה-פֿאַרלאַג אין מינסק, אַרויסגעגעבן מיַיַנס אַ בוך לידער. איך האָב באַקומען צוגעשיקט מיט דער פאָסט אַ טשעק – אַן אַדערויף האָנאָראַר. אויך פֿון ליטעראַרישע ציַיַטשריפֿטן אין ראַטן-פֿאַרבאַנד האָב איך באַקומען האָנאָראַר פֿאַר די לידער מיַיַנע. איך, אַ ייִדישער פאָעט, האָב אָנגעהויבן לעבן פֿון ליטעראַטור, פֿון דעם וואָס איך שריַיַב, פֿון מיַיַנע לידער! און וווּ? אין ראַטן-פֿאַרבאַנד! צי האָב איך דאָס נישט כשר פֿאַרדינט? ווען עמעצער זאָל מיר דעמאָלט זאָגן, אַז כ'האָב זיך פֿאַרקויפֿט צו דער הערשנדיקער מאַכט, וואָלט איך אים אויסגעזידלט און געענטפֿערט: "יאָ, איך בין פֿאַר דער סאָוויעטישער מאַכט מיט לייב-און לעבן, און כ'בין גרייט אויך מיַיַן שאַפֿן אָפצוגעבן פֿאַר איר, וויַיַל דאָס איז מיַיַן מאַכט, דאָס איז די הערשאַפֿט פֿונעם אַרבעטער-קלאַס, דאָס בין איך אַליין. פֿאַר וואָס האָב איך זיך געדאַרפֿט פֿאַרקויפֿן? ביז איצט חלומט זיך מיר, אַז איך גיי אַרום אַן אַרבעטלאָזער אין וואַרשע און זוך אַרבעט. על פי רוב זאָגט מען מיר אָפ און מע וואַרט מיט אומגעדולד, אַז איך זאָל זיך אָפטשעפען. איצט בין איך אַ פֿריַיַער מענטש. איך לעב פֿון דער אַרבעט וואָס איז באמת מיַיַנע, וואָס איך האָב ליב – פֿון מיַיַן שאַפֿן. צי קען דען זיַיַן אַ גרעסער גליק, ווי טאָן דאָס וואָס מע וויל, צו וואָס מע איז באַרופֿן? איז אויב איך לויב אַזאַ אָרדענונג, איז דאָס חניפה? און אויב דאָס איז אויפֿריכטיק, צי קען עס שעדיקן די קוואַליטעט פֿונעם שריַיַבן"? יאָ, אַ ביסל שפעטער האָב איך זיך דערוווּסט, אַז עס קען שעדיקן. דאָס ווערט נישט אָנגערופֿן פֿאַרקויפֿטקיַיַט, נאָר אַנגאַזשירטקיַיַט. איך בין פֿריַיַוויליק אַנגאַזשירט אינעם זיג פֿונעם אַרבעטער-קלאַס און פֿון זיַיַן אַוואַנגאַרד – די קאָמוניסטישע באַוועגונג. זי פֿירט אָן מיט דער מאַכט, וועמען די אינטערעסן דיקטירן ווענדונגען און אַקטועלע ענדערונגען, טייל מאָל – אפילו ראַדיקאַלע. אַזאַ ראַדיקאַלע ווענדונג איז געווען דער אָפמאַך צווישן היטלערן און סטאַלינען פֿאַרן אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. תיכך נאָך דעם [ווי שולמאַן און סמאָליאַר האָבן] מיך אָפגעלאָזט פֿון מיַיַן אַרבעט אין "ביאַליסטאָקער שטערן" האָב איך זיך גענומען אינטענסיוו צום שריַיַבן די פאָעמע "וואַרשע 1939". דאָס איז געווען מיַיַן פאָעטישער אָפרוף וועגן דער דיַיַטשישער באָמבאַרדירונג פֿון וואַרשע. דאָס איז אפשר אויך געווען דער ערשטער ייִדישער דיכטערישער דאָקומענט וועגן אונדזער חורבן בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. איך האָב אַוועקגעגעבן די פאָעמע איבערצושריַיַבן אויף אַ מאַשין און אָפגעשיקט אַ קאָפיע צו פרץ מאַרקישן קיין מאָסקווע. מיט אומגעדולד האָב איך געוואַרט אויף זיַיַן ענטפֿער, און ער איז געקומען. אַ שאָד וואָס יענער בריוו זיַיַנער איז פֿאַרפֿאַלן געוואָרן אין דער מלחמה-סומאַטאָכע צוזאַמען מיט אַנדערע, אָבער זיַיַן אינהאַלט געדענק איך: די פאָעמע האָט, אַחוץ פרץ מאַרקישן, געלייענט אויך דער שריַיַבער מ. ווינער, און ביידע זענען זיי געקומען צום אויספֿיר, אַז הגם די פאָעמע האָט קינסטלערישע דערגרייכונגען, "ברענגט זי אָבער נישט צום פֿולן אויסדרוק דאָס געשעענע". פֿון אָנהייב האָב איך געשטוינט, און געוואָרן אפילו אַ ביסל געפֿאַלן ביַיַ זיך, אָבער ביסלעכוויַיַז האָב איך אָנגעהויבן באַגריַיַפֿן, אַז די אמתע סיבה פֿון דעם, וואָס מיַיַן פאָעמע ווערט אויפֿגענומען מיט אַזאַ רעזערווירטקיַיַט דורך די צוויי אונדזערע סאָוויעטישע שריַיַבערס, איז אַ פאָליטישע: אין ראַטן-פֿאַרבאַנד קען איצט נישט פֿאָרגעשטעלט ווערן אַן אַנטיהיטלעריסטישע פאָעמע וועגן דער באָמבאַרדירונג פֿון וואַרשע. מיט אַ דריַיַ יאָר שפעטער האָב איך באַקומען אַ בולטע באַשטעטיקונג דערפֿאַר. אין ברען פֿון דער דיַיַטשיש-סאָוויעטישער מלחמה האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז איצט איז די ציַיַט נאָך אַ מאָל צוצושיקן די פאָעמע קיין מאָסקווע, איצט מעג מען דאָך שוין! אומר ועושה, האָב איך אַוועקגעשיקט די פאָעמע אויפֿן אַדרעס פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. דאָס מאָל האָב איך תיכף באַקומען אַ טעלעגראַפֿישע האַרציקע באַגריסונג, אונטערגעשריבן פֿון שכנא עפשטיין. אַ ביסל שפעטער האָב איך געלייענט אַ נאָטיץ אין דער מאָסקווער "אייניקיַיַט", אַז מיַיַן פאָעמע "וואַרשע 1939" איז אין מיַיַן אָפוועזנדיקיַיַט – איך בין דעמאָלט געווען אין אַלמאַ-אַטאַ – געלייענט געוואָרן דורך פרץ מאַרקישן אויף אַ ספעציעלן אָוונט אין סאָוויעטישן שריַיַבער-פֿאַריַיַן. חברים האָבן אַרויסגעטראָטן און זי געלויבט. דאָס אינטערעסאַנטע דערביַיַ איז, אַז פרץ מאַרקיש האָט פֿאַרגעסן, אַז אין יאָר 1940 האָב איך אים די זעלבע פאָעמע געשיקט פֿון ביאַליסטאָק! אָבער דעמאָלט האָט מען די פאָעמע נישט געקענט דרוקן. זי איז געווען קעגן די אינטערעסן פֿון דער רעגירונג, פֿון דער פאַרטיי, פֿון דער מאַכט, אאז"וו, און עס האָבן נישט געקענט גילטן די אינטערעסן פֿונעם פאָעט – זיַיַן ווערק, און אפילו נישט זיַיַנע נאַציאָנאַלע אינטערעסן. מיט דריַיַ יאָר שפעטער זענען די אַלע אינטערעסן זיך צונויפֿגעפֿאַלן, עס זענען נישט געווען קיין סתירות צווישן זיי, אין קורס איז געווען דער אַנטיהיטלעריזם – און די זעלבע פאָעמע איז געוואָרן געלויבט און אויך אָפגעדרוקט אינעם ליטעראַרישן זאַמלבוך "צום זיך", מאָסקווע, 1944. דאָס איז נישט געווען די איינציקע לעקציע מיַיַנע, הגם די סאַמע ווייטיקלעכסטע, אויפֿן ליטעראַטור-געביט. צו דעם וועט מיר נאָך אויסקומען זיך אומצוקערן. זיי זענען לעבעדיקע באַוויַיַזן ווי אַזוי מ'האָט נישט דערלאָזן צו דער עפֿנטלעכקיַיַט ליטעראַרישע ווערק, ווען זיי זענען נאָך געווען פֿריש און צאַפלדיק. מיטן פֿאַרציען זיך פֿון דער מלחמה, פֿון די וואַנדערונגען איבערן ראַטן-פֿאַרבאַנד און פֿון די לעבעדיקע דערפֿאַרונגען, בין איך געוואָרן פֿאָרזיכטיקער און זעעוודיקער, אָבער נישט אין דער מאָס צו דערזען דעם תוך פֿון דער זאַך – און אין גאַנצן אַרויסגיין דערפֿון. ווען כ'האָב שוין געזען אַ סך פֿון די מכות, האָב איך נאָך אַלץ נישט אָנערקענט זייער לעבנס-געפֿערלעכקיַיַט פֿאַרן גוף און פֿאַר דער נשמה. מיַיַנע אַנטוישונגען האָב איך געלינדערט מיט פֿאַררעדענישן און אילוזיעס. אינעם קריַיַז פֿון מיַיַנע חברים בין איך נישט געווען דער איינציקער, וואָס האָט אָפגעלייגט אַלע חשבונות אויף שפעטער. עס זענען אָבער געווען אַזעלכע, וואָס האָבן עס געטאָן פֿריִער פֿון מיר. מיַיַן געוויסן האָט געדאַרפֿט זיַיַן וואַך. איך האָב נישט געטאָרט אָפלייגן. איך האָב דאָס געדאַרפֿט טאָן פֿון די ערשטע. אמתע פאָעטן האָבן נישט קיין רעכט [צו בלאָנדזשען, און אוודאי נישט] צו וואַרטן, און זיך אַליין אָפצונאַרן. [דאָס וועל איך זיך קיין מאָל נישט מוחל זיַיַן]. דאָ וויל איך מאַכן אַ באַמערקונג, וואָס איז גילטיק פֿאַר עטלעכע ענלעכע אַזעלכע פֿראַגמענטן אין דעם בוך: מע דאַרף נישט אויפֿנעמען מיַיַן זעלבשולד-געפֿיל און מיַיַן פיַיַניקן זיך, ווי עפעס אַ מין מאַזאָכיזם. איך האָב נישט קיין גרויסע הנעה דערפֿון, און איך בין אויך נישט אויסן אַרויסצורופֿן מיטגעפֿיל פֿון רחמנות ביַיַם לייענער און ביַיַ זיך אַליין. איך בין דאָך נישט דער איינציקער וואָס בין דאָס אַדורכגעגאַנגען, און גיי דאָס אַדורך, און וועל קיין מאָל נישט פטור ווערן דערפֿון. די אַלע, וואָס האָבן אַדורכגעמאַכט מיַיַן וועג, פֿאַרשטייען מיך גוט. איך וויל אָבער, אַז אויך יענע, וואָס זענען געווען וויַיַט פֿון די געשעענישן וואָס איך באַשריַיַב און זיי האָבן נישט אַדורכגעמאַכט די אַלע נסיונות און ראַנגלענישן זאָלן כאָטש אין אַ וועלכער ס'איז מאָס אַריַיַנדרינגען אין יענער וועלט, [וואָס האָט דערפֿירט נישט בלויז צו פֿיזישע רעפרעסיעס, נאָר אויך צו גיַיַסטיקע ?????? (ע"מ 85 שורה 6 מלמטה), וואָס האָבן פֿאַרקריפלט די נשמות און זאָלן זיי, די וואָס זענען דאָרט נישט געווען] און עפעס לערנען פֿון דעם.
דעם 2טן אָקטאָבער. אַ שווערע נאַכט. הדסה האָט נישט געקענט איַיַנשלאָפֿן, זיך געדרייט אויפֿן געלעגער. סוף כל סוף איז זי אַריַיַן אינעם גרויסן צימער און אַוועקגעזעצט זיך לייענען. איך בין געשלאָפֿן מיט איבערריַיַסן און מיט כסדרדיקע נישט-אָנגענעמע חלומות. איך שטויס זיך אָן, אַז עפעס מאַטערט הדסה. מעגלעך, אַז דאָס איז אין שייכות מיטן פראָגראַם, וואָס זי דאַרף גרייטן צו איר ניַיַעם טור איבער אַמעריקע. אפשר איז זי נישט זיכער מיט די מאַטעריאַלן וואָס זי האָט אָפגעקליבן צום באַאַרבעטן, און דערפֿאַר לייגט זי אָפ דאָס לייענען און ענדגילטיקע דעצידירן אויף שפעטער. זיכער האָט זי אַנדערע דאגות אויך, מער פערזענלעכע, וועגן זיך, וועגן איר. אין פֿאַרגליַיַך מיט מיר, איז זי אַן אָפֿענע, און זי דערציילט מיר אַ סך אפילו וועגן דעם וואָס זי טראַכט, אָבער אפילו זי קען אויך זיכער נישט אַלץ אויפֿדעקן, דער עיקר ווען עס גייט אין די מחשבות וועגן זיך און וועגן מיר. [ס'איז דאָך אוממעגלעך, אַז זי זאָל נישט באַמערקן ווי איך עלטער זיך, ווי מיַיַנע חושים ווערן שוואַכער]. און זי איז אויך נאָך אונטער דער טראַומע פֿון פֿאַרלירן טאַטע-מאַמע. זי קען שוין די גרויזאַמקיַיַט פֿון ציַיַט, הגם זי פרוּווט דאָס צו לינדערן אין מיַיַנע אויגן. [איך ווייס אַז סיַיַ זי און סיַיַ דינהלע טראַכטן וועגן דעם. זיי ביידע האָבן מיך ליב. מיט דעם בין איך זיכער. מער מיט קיינעם נישט. איך האָב שוין נישט קיין ברודער און אויך נישט קיין חברים. די אייניקלעך זענען אַ דור וויַיַטער. זיי קוקן מיט אַנדערע אויגן. זיי קענען מיך נישט – זיי זענען נאָך קינדער. זיי ביידע, סיַיַ דאַסעלע, סיַיַ דינהלע, האָבן פֿאַרדינט אַז איך זאָל מער אַרויסוויַיַזן מיַיַן ליבשאַפֿט צו זיי, אָבער איך בין שטענדיק געווען קאַרג דאַרויף. דאָס איז מיַיַנע אַ נעגאַטיווער שטריך פֿון כאַראַקטער. דערפֿון ליַיַדן אויך מיַיַנע באַציִונגען מיט פֿריַיַנד און באַקאַנטע. אַ מאָל האָט זיך מיר אויסגעדוכט, אַז כ'האָב ליב זיך, דאָס הייסט – מיַיַנע לידער. איצט האָב איך אָנגעהויבן צווייפֿלען אויך אין דעם. ווי גוט וואָלט געווען ווען אַלע מיַיַנע לידער וואָלטן געשריבן געוואָרן אַנאָנים, אָן מיַיַן נאָמען. נאָך אַ ציַיַט, וואָלט איך געמאַכט אַן אָפקליַיַב צווישן זיי און אויף ס'ניַיַ אַרויסגעגעבן די גוטע, די שיינע, די ערלעכע לידער. פֿאַרפֿאַלן, אַלץ איז אונטערגעשריבן. איך טראָג די אחריות, און אומזיסט איז דאָס פֿאַרענטפֿערן זיך. וויַיַזט אויס, אַז דער פאָעטישער אינסטינקט איז נישט תמיד געווען ביַיַ מיר גענוג שטאַרק און ער האָט מיך נישט פֿאַרהיטן פֿון די נאַרישקיַיַטן און פֿעלערן. פֿאַר וואָס? ווי אַזוי איז דאָס געשען? פֿאַר וואָס אין געוויסע מאָמענטן האָב איך געהאַט דאָס געפֿיל ווי מיך וואָלט באַזעסן אַ רוח-נבואה און איך האָב דאָס רעכט צו רעדן אונטער מיַיַן נאָמען, ווי ???? (ע"מ 86 שורה 10 מלמטה) וואָלט אויסגעדריקט אַ ציבור, אַ כלל, אַ פֿאָלק – און אין דער זעלבער ציַיַט האָב איך געשריבן לידער, אין וועלכע איך האָב געפֿעלשט דעם אמת, אפילו מיַיַן אייגענעם אמת?]
[3טן אָקטאָבער] טרוקענע גאָלדענע טעג פֿון ישראלדיקן האַרבסט. ס'איז עפעס בכלל נישט ענלעך צו קיין האַרבסט. איך בין זיכער, אַז די פֿלאָרע ווייסט יאָ, און גאַנץ גענוי, וועגן די סעזאָן-ענדערונגען. די ביימער קוקן נישט אויפֿן וועטער. דוכט זיך, אַז זיי וועלקן לויטן קאַלענדער. אויך ווען מע קומט אַרויס אויפֿן מאַרק פֿון ירקות און פֿרוכטן קען מען זיך פֿון זיי דערוויסן, אַז מיר האָבן איצט די טעג פֿון עשרת ימי תשובה. די וויַיַנטרויבן און עפל, די ערשטע פאָמעראַנצן און קלעמענטינעס זאָגן אויס. אָבער איך דאַרף אַזוי וויַיַט נישט גיין. אויך פֿון די ריחות אויף מיַיַן הויף דערוויס איך זיך דאָס. די טאָפאָליעס האָבן שוין אָנגעהויבן וואַרפֿן פֿון זיך די בלעטער און זייער טרוקענע פֿאַרקוואַרטקיַיַט גיט אַרויס אַ מאָדנעם אַראָמאַט, אַן ענלעכן צו זויער וויַיַן. די אַסאָציאַציע אַרבעט מעשים און זי פֿירט מיך אַוועק צו קוהלת. עפעס אַ שייכות איז דאָך פֿאַראַן צווישן פֿאַרוועלקטע בלעטער און קוהלת! און חוץ דעם, אפילו צווישן דעם קליינעם אָפקליַיַב פֿון די געוויקסן אין מיַיַן הויפֿגאָרטן בליִען אויך האַרבסטיקע בלומען און עס רויטלען זיך די וויַיַנפערלעך פֿון שפעטפֿרוכטן. כדי דער מענטש זאָל זיך דערוויסן גענוי די דאַטעס פֿון זייער בליִען און וועלקן, דאַרף ער זיך באַוואָרענען מיט יאָרן לערע און מיט כלערליי פֿאָרש-אינסטרומענטן. ער קען זיך נישט פֿאַרלאָזן בלויז אויף זיַיַנע חושים, זיי פֿאַרפֿירן אים. די מוראַשקעס, וואָס לויפֿן און פאַדען ? (ע"מ 87, שורה 7 מלמעלה), כסדר – זיי קענען זיך יאָ פֿאַרלאָזן אויף זייער אינסטינקט. צווישן זיי און אונדז ליגן מיליאָנען, מיליאַרדן יאָר פֿון פֿאַרגעסן, פֿון פֿאַרטעמפונג, פֿון דערגרייכונגען ביַיַם איבערכיטרעווען די נאַטור. [אַכטונג, עס גייט דער מענטש!] פֿון אַלע חושים, וואָס גאָט האָט מיר געשענקט, איז צום שאַרפֿסטן געבליבן דער חוש-הריח. מיַיַן געהער איז שוואַך געוואָרן, די ראיה אויך. דער טעם, דער באַריר און צום מיינסטן דער חוש-הריח – זיי זענען געבליבן פֿריש כמעט ווי אין די קינדעריאָרן. צי דערפֿאַר וויַיַל אָט די חושים זענען צום נאָענטסטן פֿאַרבונדן מיט די פֿיזישע כלים און באַקומען מער דירעקטע באַפֿעלן? כ'בין צו ווייניק באַהאַוונט אין דעם, אַז איך זאָל קענען רעדן וועגן דעם אויספֿירלעך. דער חוש-הריח איז גענוג צו פֿאַרבינדן מיך מיט יעדן טאָג, אפילו דעם וויַיַטסטן, פֿון מיַיַן עבר. אַ געקעכטס אָדער אַ געבעקס פֿון אַ שכנה פֿירט מיך מיט דעם ריח אַוועק צו מיַיַן מאַמעס קיך און אויוון אין וואַרשע, צו אירע יומטובדיקע מאכלים און קיכעלעך, צו דעם ריח פֿון איר עפל-שטרודל. איצט איז טאַקע די ציַיַט פֿאַר אָט דעם שטרודל. איך ווייס גענוי וואָס זי האָט אין אים אַריַיַנגעטאָן. זי האָט אים נישט געמאַכט לויט געדרוקטע רעצעפטן, און נישט מיט קיין וואָג, אָבער ער איז שטענדיק געראָטן. אַזאַ קוכן האָב איך מער אין ערגעץ נישט געגעסן, און בלויז אַ פֿאַרבלאָנדזשעטער ריח דערמאָנט מיך אין אים. און אויך דער ריח פֿון די פֿאַרוועלקטע גראָזן און בלעטער אויפֿן הויף פֿירט מיך צוריק מיט קפיצת הדרך צו וויַיַטע יאָרן. חרובע שטעט שטייען אויף, און אויף אַ הויף, אַן אָנגעפראָפֿטן מיט ייִדישע לאָקאַטאָרן, קלאַפט מיַיַן טאַטע צונויף אַ סוכה. דער ריח האָט מיך געבראַכט צום סכך פֿון מיַיַן טאַטנס סוכה. דאָרט, אין יענער וויַיַטער ציַיַט, אין יענעם וויַיַטן אָרט, איז דער האַרבסט מער באַגלייביק. אין ברונעמהויף איז שוין טונקעלער און קילער, און דער ריח פֿון די ריטלעך און בלעטלעך אינעם געפֿלאָכטענעם סכך האָט פֿאַרבלאָנדזשעט, נאָך זעכציק יאָר, אינעם גאָרטן פֿון אַ תל-אביבער הויף. אויף וואָס איז מרמז דער איינציק-שטאַרקער, דער צום-סאַמע-סוף-געבליבענער חוש-הריח? אַז ער איז דער עיקר? אַז נאָך אַלעמען בליַיַבט די חושימדיקע, די אינסטינקטיווע פֿאַרבינדונג מיטן אַמאָל, מיטן פֿריִען אָנהייב? אַז מע קען אויסמעקן אַלץ וואָס איז אָנגעלייענט, אָנגעשריבן, אויסגעלערנט, אַלץ וואָס מענטשן האָבן אַריַיַנגעשטופט מיט פֿרעמדע הענט, און בליַיַבן וועט דאָס איינציק אייביקע – די ליבשאַפֿט? די פֿאַרבינדונג צווישן מאַמע און קינד? אויב אַזוי, טו איך איצט דאָס פֿאַרקערטע: איך גראָב אויף דעם זכרון און פֿון זיַיַן פֿיַיַכטער טונקלקיַיַט שלעפ איך אַרויס די באַוויַיַזן פֿון אַן איבערגעפֿירטער יוגנט, פֿון פֿאַרטאַכליעוועטע יאָרן, פֿון ווערטער פֿון פאָזע און אָנשטעל, פֿון באַגאַנגענע עוולות קעגן נאָענטע און פֿון איבערגעטריבענעם גלויבן אין זיך אַליין. [און אפשר, נאָך דעם ווי איך וועל אויפֿשריַיַבן און דערמאָנען אַלע מיַיַנע זינד און קרומקיַיַטן, וועט מיר ליַיַכטער ווערן, און דאָס וועט הייסן, אַז ס'איז מיר פֿאַרגעבן געוואָרן]. נעכטן האָב איך אין ראַדיאָ געהערט די ידיעה, אַז אין בני-ברק איז געשטאָרבן משה איטשע מאַרק, איצט איז זיַיַן נאָמען געווען משה פראַגער. ער איז פֿון מיַיַן געבוירן-יאָר. אין עלטער פֿון זיבן יאָר האָבן מיר געלערנט אין איין חדר, אין פראַגע, אויף קעמפנע-גאַס, ביַיַ יאַנקל מלמד. זיַיַן טויט האָט צוריקגעשטעלט אַ וואַנט, וואָס דאָס לעבן האָט חרוב געמאַכט. ניַיַן, דאָס איז נישט קיין פאַראַדאָקס. יעדער טויט פֿון אַ נאָענטן, אַ באַקאַנטן, טוט איצט דאָס פֿאַרקערטע וואָס עס טוט דאָס לעבן, דער ווינט צעטריַיַבט דעם חורבן-שטויב. דער טויט – פֿאַרייביקט. מע דערמאָנט ווייניק די פֿאַרשטאָרבענע. נאָכן טויט וואַקסן זיי אויס און זיי ווערן פֿאַרסקולפטירט פֿון דער אייביקיַיַט. זיי ווערו פֿאַרהאַרטעוועט און גרעסער. זיי וואַקסן אויס אין זייערע מעשים. ווען איך דערמאָן זיך אין די אַוועקגעגאַנגענע, וואָס איך האָב געקענט פֿון אַזוי נאָענט, ווילט זיך נישט גלייבן, אַז מיר האָבן געלעבט צוזאַמען אין איין ציַיַט, אַז מיר האָבן אין איינעם זיך דורכגעשטופט דורך די זעלבע געשעענישן. איך לייען זייערע ווערק, איך באַוווּנדער זיי, איך בין גליקלעך וואָס כ'האָב זיי געקענט, גערעדט מיט זיי מפה אל פה. און אין דעם דערזע איך אַ ליכט אויך פֿאַר מיר. איך ווייס, אַז אַזוי וועט עס זיַיַן מיט מיר ווען איך וועל אַוועק בדרך כל אדם. איך הייב אָן צו גלייבן, אַז דאָס שלעכטע, וואָס איך האָב גאָרם געווען, וועט צעפֿאַלן ווי אַל דאָס פֿאַרגענגלעכע, און בליַיַבן וועט דאָס גאַנצע, דאָס דערהויבענע, דאָס וואָס גאָט האָט אויסגעשטראַלט אויף מיר. אַלע ספקות ווערן בלאַס און צעגייען זיך אין דעם ליכט. אויסגעהאַמעוועט ווערט מיַיַן וואָרט און אַנאָנים ווי אַ תפילה ווערט מַן ליד. מיַיַן נאָמען פֿאַרגייט און מיַיַן לשון ווערט פֿאַרגעסן. בלויז איין תפילה אַזאַ, געשריבן אין דעם פֿאַרפיַיַניקטן ייִדיש, בליַיַבט איבער. און די מענטשן, וואָס פֿאַרשטייען שוין נישט די שפראַך, זאָגן די תפילה – אין אָריגינעל, נישט אין קיין איבערזעצונג – און דעמאָלט הייבן זיי אָן צו פֿאַרשטיין יעדעס וואָרט. זיי זאָגן, זיי פֿאַרשטייען און וויינען. אין שייכות מיטן נאָר וואָס אָנגעשריבענעם האָב איך זיך דערמאָנט אין דעם סקולפטאָר מיכאל מילבערגער פֿון פאַריז און אין זיַיַן פֿאָרשלאָג צו מיר צו מאַכן פֿון מיר אַ ביוסט. שוין אַ לאַנגע ציַיַט ווי ער רעדט מיך צו צו דעם. ער וויל דאָס מאַכן פֿאַר מיר אומזיסט. און דאָס איז דאָך נישט בלויז אַ פֿאַראַנטוואָרטלעכע, קינסטלערישע אַרבעט, נאָר אויך אַ שווערע, אַ פֿאַרבונדענע מיט אַ סך מי און ציַיַט. מיט אַ יאָר צוריק בין איך, כמעט ווי צוליב דעם בלויז, געקומען קיין פאַריז. אָבער געשען איז אַ מאָדנע צופֿאַל און אַן אומגליק: ממש אין דעם טאָג ווען כ'בין אָנגעקומען אין פאַריז, איז אַן אויטאָ אַרויף אויף אים און אים צעבראָכן אַ פֿוס. וואָכן און חדשים איז ער אָפגעלעגן אין שפיטאָל. נאָך דעם פֿאַרפֿאַל, האָט ער די גאַנצע ציַיַט צו מיר געשריבן און אפילו טעלעפֿאָנירט קיין תל-אביב, אַז ער געדענקט כסדר אין זיַיַן צוזאָג און ער וועט אים אויספֿירן ווי נאָר ער וועט ווידער קענען אַרבעטן. לסוף האָט ער מיר צו וויסן געטאָן, אַז ער איז גרייט צוצוטרעטן צו דער סקולפטור, אויב איך וועל קומען קיין פאַריז. דעם אמת געזאָגט, האָב איך אַ צוויייִקע באַציִונג צו דעם ענין. מיר דוכט זיך, אַז אין דעם פסוק "לא תעשה לך כל פסל", איז פֿאַראַן נישט בלויז די מורא פֿאַר מאַכן אַ געץ און דינען צו אים, נאָר טאַקע אַ פֿאַרבאָט נאָכצומאַכן דעם אַלמעכטיקן און פֿאַרוואַנדלען טויטע מאַטעריע אין לעבן, און פֿאַרקערט – לעבעדיקע און שטאַרביקע קערפערס – אין אייביקיַיַט. דער קינסטלער נעמט אַוועק אין זיַיַן חומר די שטריכן און ליניעס פֿון געשטאַלטן און פנימער, וואָס האָבן זיך פֿאָרמעט אין פאַמעלעכדיקן גאַנג פֿון מיליאָנען יאָרן און ער שטעלט זיי אַוועק קאָנדענסירט אויף לייוונט, אין ליים, אין שטיין און אין בראָנזע. אין דעם איז פֿאַראַן עפעס פֿון אדם און חוהס ערשטיקן חטא ביַיַם פֿאַרזוכן פֿון עץ-הדעת. און היות ווי פֿאַר דעם חטא איז פֿאַראַן בלויז איין שטראָף, די העכסטע – צי ווערט מיטן קינסטלערס קאָפירן דאָס לעבן נישט צוגענומען אַ טייל פֿון זיַיַן דויערדיקיַיַט? צי ווערט עס נישט פֿאַרקלענערט, פֿאַרקירצט? און פֿון דער אַנדער זיַיַט – אפשר איז דאָס כדאי? אפשר ליגט אין דעם קינסטלערס אַרבעט אַ פראָטעסט קעגן גאָטס האַרב גזר איבערן מענטש – זיַיַן שטאַרביקיַיַט? ער טוט אַלץ וואָס ער קען, כדי צו פֿאַרלענגערן דעם מענטשנס דויער, אויסציען אין דער אייביקיַיַט. אויב זיַיַן פרוּוו צו שטיַיַגן אין רוים, צו די הייכן – דער טורעם פֿון בבל – האָט זיך נישט איַיַנגעגעבן, פרוּווט ער אַוועקגיין וויַיַטער און טיפֿער אין דער ציַיַט. דאָס וועט אים אָנקומען ליַיַכטער, וויַיַל דערפֿאַר דאַרף מען נישט די אַרבעט פֿונעם קאָלעקטיוו, פֿון דער מאַסע, דעצו איז נישט נייטיק די מענטשלעכע שפראַך, וואָס גאָט קען צעמישן און מאַכן זי אומפֿאַרשטענדלעך. פֿאַרקערט, די אַרבעט פֿונעם קינסטלער איז אַ דורכויס אינדיווידועלע. זיַיַן אָריגינעלקיַיַט פֿאַרשטעלט אים פֿון גאָטס צאָרן. אמת, מיט זיַיַן באַזונדערקיַיַט אַרבעט ער זיך טיפֿער אַריַיַן אינעם כאַראַקטער פֿון דעם איבערבאַשאַפֿענעם ביז וואַנען דאָס ווערט דער קנין, און שפעטער דער אויסדרוק, פֿון אַ סך, פֿון הונדערטער, טויזנטער און אפילו מיליאָנען, אָבער קעגן דעם קען אפילו דער האַר פֿונעם גאַנצן באַשאַף גאָרנישט טאָן. מיט דעם טאַלאַנט האָט ער באַשאַפֿן דעם מענטש, בצלמו ובדמותו, און צוליב דעם האָט ער נישט קיין רעכט חרוב צו מאַכן די וועלט און ברענגען אַ מבול. דערביַיַ ווייסט ער דאָך גוט, דער רבונו של עולם, וויפֿל יסורים און ליַיַד ער האָט באַשטימט פֿאַרן אויסדערוויילטן פֿון זיַיַנע באַשעפֿענישן, אַז ער זאָל אים לפחות דערלויבן אַזאַ מין פֿאַרשטילטע פֿאָרעם פֿון פראָטעסט, ווי דאָס איז די קונסט. דאָס איז אַ טייל פֿון די ווידעראַנאַנדן אין מיַיַנע מחשבות וועגן דער פלאַסטישער קונסט. שטענדיק ווען איך קום אַריַיַן אין מיכאל מילבערגערס אַטעליע, אין יענעם קליינעם צימער, וואָס איז אָנגעשטעלט מיט קעפ פֿון מענטשן – און אַ סך פֿון זיי זענען מיר באַקאַנט אין דער פֿאָרעם פֿון בלוט-און-פֿלייש – באַפֿאַלן מיך אין איינעם די באַגיַיַסטערונג און די שרעק. מיר דוכט זיך, אַז דער קינסטלער טוט צוויי זאַכן מיט אַ מאָל: ער מאַכט לעבעדיק און ער באַלזאַמירט. און היות ווי איך בין אַ ביסל אָבערגלייביש, הייב איך אָן מיינען, אַז דער מאָדעל גיט אָפ דער קאָפיע, אָדער דער איבערשאַפֿונג, עפעס פֿון דעם סאַמע טיַיַערסטן – פֿון דעם ביסעלע ציַיַט, וואָס ער האָט באַקומען צוגעטיילט אינעם ערשטן טאָג פֿון מעשי-בראשית. עפעס פֿון דעם האָב איך אַ מאָל געפרוּווט דערקלערן הדסהן. זי האָט מיך אויסגעלאַכט. זי אַליין איז אויך אָבערגלייביש, מער נאָך פֿון מיר, אָבער זי וויל דאָס לאָזן אין גאַנצן פֿאַר זיך. זי גלייבט אין די מזלות און יעדע וואָך לייענט זי די האָראָסקאָפן אין ציַיַטונג. זי טוט דאָס אָפֿן. איך, ווי אַ סך פֿון די מאַנסליַיַט, שעם זיך מיט דעם – און לייען אַזעלכע זאַכן ווען קיינער זעט נישט. היַיַנטיקע וואָך האָט זיך מיר געחלומט די ציפֿער 28. איך האָב עס דערציילט הדסהן. זי האָט געזאָגט, אַז איך דאַרף קויפֿן אַ לאָטעריע-צעטל מיט אַזאַ נומער. איך האָב דעם נומער אַרומגעזוכט אין עטלעכע קיאָסקן, ביז וואַנען כ'האָב געפֿונען. איצט וואַרט איך אויפֿן גרויסן געווינס, אָבער וועגן דעם געקויפֿטן צעטל מיט דעם געחלומטן נומער האָב איך שוין נישט דערציילט. אַזוי פֿיל מוט האָט מיר נישט געסטייעט, אפשר טאַקע דערפֿאַר, וויַיַל כ'האָב אַ טראַכט געטאָן, אַז וואָס ווייניקער כ'וועל רעדן וועגן דעם, אַלץ גרעסערע שאַנסן ווער איך האָבן; דאָס מזל קומט דאָך שטיל און אומגעריכט... אָט צו וואָסערע פלוידעריַיַען איך בין דערגאַנגען, און אַלץ – אין רעזולטאַט פֿון דער ידיעה וועגן דעם טויט פֿון מיַיַן חדר-חבר און בן-דור משה איטשע מאַרק. איך האָף, אַז מיַיַנע לייענערס אין יאָרן אַרום – אויב אַזעלכע וועלן נאָך זיַיַן – וועלן מיר נישט נעמען פֿאַר אומגוט אַזעלכע דיגרעסיעס. אפשר וועט דאָס זיַיַן אַ סגולה, אַז זיי זאָלן זיך לאַנגוויַיַליקן ווייניקער [ווי איך ביַיַ די ישראלדיקע טעלעוויזיע-פראָגראַמען], און זיי וועלן נישט איבערהיפערן זיַיַטלעך און קאַפיטלען – ווי איך טו דאָס מיט די ביכער [פֿון מיַיַנע קאָלעגן] וואָס איך באַקום אַזוי אָפֿט, כמעט יעדן טאָג. איך מוז עס דאָך טאָן. איך מוז לייענען שנעל, כדי צו שריַיַבן צו די חשובע מחברים די בריוו מיט די געהעריקע דאַנק-און-לויבווערטער. מיַיַן לעיינער וועט זיַיַן פטור דערפֿון. מינדעסטנס דערפֿאַר פֿאַרדין איך ביַיַ אים אַ דאַנק...
5טן אָקטאָבער, ערב יום-כיפור , אין עטלעכע שעה אַרום וועט די באַוועגונג אין גאַנצן לאַנד בליַיַבן שטיין. איבער די שאָסייען און גאַסן וועט קיין אויטאָ זיך נישט באַוויַיַזן [מער ווי אַ מעת-לעת]. די אַלע וועגן, וואָס רוישן אַ גאַנץ יאָר ווי דער סמבטיון וועלן פֿאַרנומען ווערן פֿון די קינדער, וואָס נוצן אויס דעם איינציקן טאָג ווען מע מעג גיין אומגעשטערט אין מיטן גאַס. נאָך איידער מע ענדיקט די "יעלות" אין די שולן, זענען די גאַסן שוין פֿול מיט די הילכיקע געשרייען פֿון דעם קליינוואַרג. אונדזער אייניקל רוני זאָגט, אַז דער פֿריילעכסטער יום-טוב איז יום-כיפור, וויַיַל מע מעג זיך שפילן אין מיטן גאַס, און די עלטערע מענטשן זאָגן נישט קיין וואָרט. איך קען זיך איצט נישט שלום מאַכן מיט דעם. דער לוסטיקער טומל פֿון די קינדער צעשטערט דעם כאַראַקטער פֿונעם יום הדין. פֿאַר וואָס דערלויבן זיי, די עלטערן, אַז זייערע קינדער זאָלן זיך אַזוי פֿרייען באַלד אין די ערשטע שעהען פֿון דעם פֿאָרכטיקן מעת-לעת? זענען זיי אַזוי זיכער מיט דער גוטער חתימה פֿאַרן קומענדיקן יאָר – אָן פערזענלעכע און אַלגעמיינע צרות? מאָרגן וועט ווערן עלף יאָר פֿון דער מלחמה, וואָס די שכנים האָבן אָנגעוואָרפֿן אויף אונדז. אויך דעמאָלט איז יום-כיפור אויסגעפֿאַלן אום שבת – דער סאַמע הייליקסטער טאָג, וואָס איז נאָר מעגלעך ביַיַ ייִדן. נאָכן ערשטן לופֿטאַלאַרם זענען די ייִדן אין די טליתים אַרויס פֿון די שולן און שטיל צווישן זיך גערעדט וועגן דער אומגעריכטער פראָוואָקאַציע. אינעם באַשטימען די ציַיַט פֿון דעם אָנפֿאַל, אין דער כוונה צו פֿאַרשווערן און צעשטערן דעם הייליקן טאָג ביַיַ ייִדן, האָט מען געקענט דערקענען זייער געמיינקיַיַט. אפילו דער ספעקטאַקל מיט סאַדאַטן אין דער כנסת האָט נישט ווייכער געמאַכט דעם פֿאַרדרוס און נישט אָפגעוועקט יענעם העסלעכן אַקט. דאָס איז די דערמאָנונג פֿון 11 יאָר צוריק. און נעכטן ביַיַ נאַכט איז אונדז אויסגעקומען צו זען אַ טעלעוויזיע-פֿילם וואָס פֿאַרבינדט דעם זכרון מיט פֿערציק יאָר צוריק. דאָס איז אַ דאָקומענטאַרער פֿילם וועגן אַ דייטש – אַ ספעקולאַנט, אַ לעביונג, וואָס האָט אין די סאַמע שווערסטע באַדינגונגען, אין די טויטלאַגערס און אונטער די אויגן פֿון די עסעסליַיַט געראַטעוועט פֿון טויט ייִדישע מענער, פֿרויען און קינדער. זיַיַן נאָמען איז געווען אָסקאַר שינדלער. פֿאַר וואָס האָט ער דאָס געטאָן? פֿאַר וואָס האָט דער פֿריִערדיקער נאַצישער שפיאָן, דער אַוואַנטוריסט און וויַיַבערניק, אָפגעגעבן אַזוי פֿיל ציַיַט און ענערגיע, איַיַנגעשטעלט זיַיַן לעבן, כדי צו ראַטעווען הונדערטער, אפשר טויזנטער ייִדן פֿון אומקום, און אין ערגסטן פֿאַל – טוען אַלץ וואָס ער איז אין שטאַנד, אַז זיי זאָלן ווייניקער ליַיַדן, ווייניקער הונגערן? זיַיַנע מאָטיוון דערפֿאַר זענען נישט אין גאַנצן קלאָר, אָבער עס בליַיַבט אַ פֿאַקט, אַז ער האָט געראַטעוועט ייִדישע לעבנס, און די מענטשן דערציילן פֿאַר אונדז די געוואַגטע מעשים פֿון דעם דיַיַטש. [אומגעריכט, אין גאַנצן אומדערוואַרט איז דער סוף פֿון דער פֿאַסצינירנדיקער געשיכטע. ווען דער דיַיַטשישער פֿראָנט ברעכט זיך איַיַן, די נאַצישע לאַגערס ווערן פֿונאַנדערגעלאָזן און אויך אָסקאַר שינדלערס "פֿאַבריק", וואָס האָט געדינט בלויז ווי זיַיַנס אַ פֿאָרטל צו ראַטעווען וואָס מער ייִדן פֿון אומקום – נעמען אים זיַיַנע ייִדישע אַרבעטער אין שוץ און זיי פֿאַרוואַנדלען אים אין אַ ייִדישן לאַגער מענטש. אין די סומאַטאָכע פֿון דער דיַיַטשישער פליטה פֿירט אים די גרופע ייִדן אַרויס פֿון אונטער דער נאַצישער שליטה. אָבער דאָ געשעט דער עפיזאָד, צוליב וועלכן איך דערצייל איַיַך אייגנטלעך די גאַנצע געשיכטע: צווישן די אַטאַקירנדיקע סאָוויעטישע סאָלדאַטן באַוויַיַזט זיך אַ גרופע פֿון אַ פֿינף קאָזאַקן. זיי באַהאַלטן אַ וויַיַלע די אַנטלויפֿנדיקע ייִדן און שינדלערן, אָבער לסוף דערלויבן זיי דער גרופע זיך דורכצוריַיַסן. אין יענעם מאָמענט כאַפט איינער פֿון די קאָזאַקן אַרויס אַ מעסער און שניַיַדט אַראָפ פֿון שינדלערס האַנט זיַיַן זייגערל און ער אַנטלויפֿט. איך גלייב נישט קיין דיַיַטש. פֿאַר זיי איז חל דער איינציקער געבאָט: מחוק תמחוק און דאָך, ווען איך טראַכט איצט וועגן די צוויי: דער דיַיַטש, וואָס האָט געראַטעוועט ייִדן וואָס ראַטעווען אים שפעטער פֿון זיַיַנע פֿאָלקס-גענאָסן, די דיַיַטשן, און דעם קאָזאַק, דעם סאָוויעטישן סאָלדאַט וואָס גייט באַפֿריַיַען אייראָפע און אויפֿן וועג האָט ער נאָך ציַיַט און חשק צו באַרויבן דעם דיַיַטש, וואָס האָט געראַטעוועט ייִדן! אַוודאי, וואָס איז דען דער רויב פֿון אַ נישטיק זייגערל לגבי די פֿאַרברעכערס וואָס שינדלערס ברידער, די דיַיַטשן, זענען באַגאַנגען קעגן מיליאָנען מענטשן? אָבער אויב איך וויל עפעס אויספֿירן פֿון דער באַגעגעניש צווישן דעם איינציקן גוטן דיַיַטש און זיַיַן באַפֿריַיַער, דעם ווילדן קאָזאַק, איז עס ווידער מיַיַן ספק וועגן דעם אַבסאָלוט פֿון "גוט" און "שלעכט".] אין דעם חושך פֿון אוישוויץ און פלאַשאָוו איז אָסקאַר שינדלער געווען אַ פינטעלע ליכט – אפשר נישט דאָס איינציקע – און אַ פינטעלע ליכט איז אַ פונקט פֿון האָפֿענונג. [דערקעגן אין דעם העראָיִשן באַפֿריַיַונג-מאַרש פֿון דער סאָוויעטישער אַרמיי האָב איך דערזען דעם קאָזאַק ווי אַ פֿאַקעל – נישט פֿון ליכט, נאָר פֿון אַן אונטערצינדער, וואָס איז געווען נישט אויף צו באַפֿריַיַען, נאָר צו פֿאַרשקלאַפֿן און באַרויבן אַנדערע פֿעלקער. ער איז דאָס געווען דער, וואָס האָט אויפֿגעשטעלט די וואַנט אין מיטן פֿון דער שטאָט בערלין].
7טן אָקטאָבער. נעכטן, מוצאי יום-כיפור, האָבן ראַדיאָ און טעלעוויזיע געמאָלדן, אַז דעם היַיַיאָריקן פרס-ישראל פֿאַר ליטעראַטור וועט באַקומען דער ייִדישער פאָעט אברהם סוצקעווער. פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור איז דאָס, בלי ספק, אַ גרויסע דערגרייכונג. ביז איצט איז דער הויכער ישראל-פריַיַז נישט צוגעטיילט געוואָרן צו קיין ייִדישן שריַיַבער. [משפיע געווען דערויף האָט, אַחוץ דעם איבערבליַיַב פֿון דער נעגאַטיווער באַציִונג מצד די אָפֿיציעלע קולטור-פֿאַקטאָרן צו ייִדיש, אויך דער וועלן נישט אויפֿצורייצן די נישט אשכנזישע עדהס אין לאַנד. די אָפֿיציעלע פרעסטיזשפֿולע אָנערקענונג פֿאַר אַ פאָעט אין דער ייִדישער שפראַך איז אַזוי אַרום אויך אַ מוטיקער אַקט און מע דאַרף אים באַגריסן מיטן גאַנצן האַרץ און מיטן פֿולן מויל. אַזוי האָב איך טאַקע געטאָן.] איך האָב טעלעפֿאָנירט צו סוצקעווערן און געוווּנטשן אים מזל-טוב. מיַיַן ברכה האָט ער אָנגענומען וואַרעם און האַרציק. [דאָס אַלץ איז געשען, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס די טרויעריק-באַרימטע "קינאת-סופרים" האָט וויַיַטער געאַרבעט, און איך האָב געדאַרפֿט זיַיַן אַ גיבור הכובש את יצרו.] הדסה האָט מיר זייער געהאָלפֿן דערין. זי האָט מיך גליַיַך אַרויפֿגעפֿירט אויף דער "ריכטיקער ליניע". [מיַיַן חשבון מיט אברהם סוצקעווער איז אַזוי לאַנג ווי מיַיַן לעבן אין ישראל, און דער סך-הכל וועט מסתמא זיך נישט ענדערן. איך פֿיל נישט צו אים קיין גרויס ליבשאַפֿט, אָבער איך האָב אים, חלילה, נישט פֿיַיַנט. זיַיַן כאַראַקטער איז מיר פֿרעמד, און דערפֿאַר איז נישטאָ צווישן אונדז קיין אינטימשאַפֿט. איך קען נישט פֿאַרשטיין, ווי אַזוי אַ פאָעט קען אַרבעטן טאָג און נאַכט פֿאַר זיַיַן רום, פֿאַר דער אַזוי-גערופֿענער אייביקיַיַט. וואָס מיינט ער דערמיט? צי איז דאָס זיַיַן געראַנגל פֿאַר זיַיַן קינסטלערישן דרך אין דער פאָעזיע? צי קעמפֿט ער אַזוי אַרום פֿאַרן באַווירקן די ייִדישע ליטעראַטור און דעם לייענער אירן? צי איז ער אויסן די הומאַנע און עטישע עיקרים פֿון זיַיַנע לידער און פאָעמעס? כל-זמן איך וועל זיך דאָס נישט דערוויסן, וועל איך נישט קענען זאָגן, אַז איך קען דעם מענטש, דעם פאָעט.] אָבער... איך בין אים באמת נישט מקנא. איך בין בכלל קיינעם מיט גאָרנישט נישט מקנא. איך שטעל זיך נישט פֿאָר אַזאַ זאַך, וואָס זאָל מיך דערפֿרייען און מיך גליקלעך מאַכן. מיַיַן פֿעיִקיַיַט אויפֿריכטיק זיך צו פֿרייען איז פֿאַרפֿאַלן געוואָרן אין מיַיַן אומצופֿרידנקיַיַט מיט זיך, אין מיַיַן בייזקיַיַט אויף זיך. אפשר איז דאָס עפעס מער ווי אינדיווידועלע דעפרעסיע. אַ מאָל האָב איך געהאַט נאָענטע קרובים און פֿריַיַנד, וואָס איך האָב געגלייבט אין זייער אויפֿריכטיקיַיַט. פֿון זיי איז קיינער נישטאָ. געבליבן איז מיר בלויז די ליבשאַפֿט פֿון [דאַסעלען, פֿון דינהלען מיט איר משפחה] די נאָענטע. אָבער וויַיַזט אויס, אַז איך וויל, אַז איך דאַרף מער. איך דאַרף ליבשאַפֿט פֿון אַ סך גוטע מענטשן. אפשר זענען זיי פֿאַראַן, אָבער איך טרעף זיך נישט מיט זיי. קען זיַיַן, אַז מיַיַן בייזקיַיַט און מיַיַן דעפרעסיע שטויסט זיי אָפ אָדער שרעקט זיי. וווּ נעמט מען די געריקיַיַט פֿון די יונגע יאָרן, יענעם חשק איַיַנצונעמען ניַיַע מענטשן און פֿרישע שטחים? וואָס וואָלט איך נישט אַוועקגעגעבן פֿאַרן צאַפל פֿון דערוואַרטן? נעכטן האָט מיך איבערגעיאָגט אַ יונגע פֿרוי. איך האָב געהערט הינטער זיך אירע ריטמישע טריט, דאָס קלאַפן פֿון אירע קליינע אָפצאַסן. זי איז אַדורך – און איך האָב דערזען אירע הויכע, נאַקעטע פֿיס, איר שמאָלע טאַליע, אירע צעכוואַליעטע קאַשטאַן-האָר. מיט איר שנעלן טראָט איז זי אַוועק איבער מיַיַן געסל, אין דער ריכטונג צום סאָסנעוועלדל. און איך בין געגאַנגען הינטער איר מיט מיַיַן מידן טראָט, און אָפגעשטאַנען, און געקוויקט (ע"מ 93, שורה 12 מלמעלה) זיך מיטן רייץ פֿון דער יוגנט. זי האָט זיך דערוויַיַטערט, דערוויַיַטערט. אפשר דאַרף איך טאָן עפעס כדי איבערצוריַיַסן מיט די שטימונגען? אפשר דאַרף איך טאַקע איבערלאָזן אַלץ און אַנטלויפֿן, אויף אַ חודש חאַטש, קיין אייראָפע? אָבער ווען כ'וועל צוריקקומען וועל איך דען זיַיַן אַן אַנדערער? און אין וואָסערע געשטאַלט וואַרט דאָרט אויף מיר דאָס גליק? אפשר ליגט גאָר מיַיַן רפואה אין מיר גופא? איך דאַרף אָנהייבן טאָן גוטס און רעדן גוטס, זיַיַן אָפֿענער צו מענטשן, פֿריַיַנדלעכער, נישט קנייטשן די ברעמען, נישט אויפֿהייבן דאָס קול און אַראָפבייגן דאָס קאָפ אַז מ'טוט מיר אַן עוולה, נישט פֿאַרלאַנגען קיין שום זאַך – סיַיַ ווי פֿרייט מיך דאָך גאָרנישט! מיַיַן גוטסקיַיַט דאַרף מיך כמעט גאָרנישט קאָסטן, און דאָך בין איך אַזוי קאַרג [קומט דאָך אויס, אַז דאָס איז אַ "רישעות לשמה".] נאָך גוט אַז כ'בין אַ מבין אויף זיך. דאָס אַליין איז שוין אַ קאַמף מיט יענע שטריכן, וואָס איך קען נישט פֿאַרטראָגן ביַיַ עמעצן אַנדערש. אַז איך זע זיי ביַיַ זיך, אַז איך מוז זיך ראַנגלען מיט זיי, איז פֿאַראַן אַ האָפֿענונג זיי "פֿאַרהיימישן" – אויב ס'איז שווער זיי אין גאַנצן גובר צו זיַיַן. איך האָב געקענט אַ מענטש, וועמען עס זענען נישט נייטיק געווען קיין שום אינערלעכע צוזאַמענשטויסן כדי אַרויסצוקומען פֿון זיי לויטער, ווי דער הימל נאָך אַ שטורעם: גאָלדע. איר נשמה איז געווען בלוי און ריין, ווי די אויגן אירע. אפילו ווען די לייבנשאַפֿט האָט זיי איבערגעצויגן מיט פֿיַיַער, האָבן זיי תיכף ומיד זיך געטובלט אין טרערן. איך האָב געדאַרפֿט לערנען פֿון איר ווען דאָס איז מעגלעך געווען – ביַיַ איר לעבן. אָבער דעמאָלט האָט זי מיך צו פֿיל ליב געהאַט און צו פֿיל זיך אָנגעשפאַרט אויף מיר. זי האָט מיך געזען דורך און דורך, אָבער זי האָט מיר אָלץ מוחל געווען. איר טאָכטער דינה האָט אַ סך פֿון אירע שטריכן. זי פֿאַרמאָגט איר גוטסקיַיַט. זי קען דערזען אַ מענטש ביז אין זיַיַן נשמה. זי קען אויך אַזוי ליב האָבן. זי איז אָבער אויך ענלעך צו מיר. די צווייטע ענלעכקיַיַט – צו מיר – קען איר אפשר העלפֿן דורכצושלאָגן זיך אין לעבן און נישט ווערן אויסגענוצט דורך פֿון עמעצן, וואָס וועט זיך דערקענען אויף איר שוואַכקיַיַט. אין טעלעוויזיע האָט מען געוויזן די פֿיַיַערונג אין מיזרח-בערלין צום 35טן יאָרטאָג פֿון איַיַנפֿירן די קאָמוניסטישע אָרדענונג אין מיזרח-דיַיַטשלאַנד. ווי תמיד, איז דער יום-טוב אַדורכגעפֿירט געוואָרן אויפֿן ריזיקן קאַרל-מאַרקס פלאַץ. איך האָב אַ זאָג געטאָן צו דאַסען, אַז אין 51סטן יאָר בין איך דאָרט געווען. דערויף האָט זי געענטפֿערט, אַז זי געדענקט עס, און זי געדענקט אויך אַ ליד, וואָס איך האָב דעמאָלט אָנגעשריבן בעת איך בין, צוזאַמען מיט אַ פוילישער יוגנט-גרופע, אַריבער די בריק ביַיַם אָדער, פֿאָרנדיק צום יוגנט-פֿעסטיוואַל אין בערלין. זי האָט נאָך צוגעגעבן, אַז דאָס ליד איז איר נישט געפֿעלן געוואָרן, אָבער פֿאַראַן זאַכן וואָס מע באַמיט זיך צו פֿאַרגעסן. [אויך איך געדענק דאָס ליד. פֿאַר אָט דעם ליד, און פֿאַר נאָך עטלעכע פֿון דעם מין, צאָל איך דאָס גאַנצע לעבן, ווי איך וואָלט אויף זיי זיך אונטערגעחתמעט דעם שטן. בלויז ער האָט מיך געקענט באַוועגן אָנצושריַיַבן אַזעלכע שורות פֿון ברידערלעכקיַיַט און פֿריַיַנדשאַפֿט צום דיַיַטש און צום פוליאַק – אין איין אָטעם – נאָך דעם, ווי איך יאָרן אָנגעזאָגט שינאה און נקמה די דיַיַטשן און פאָליאַקן. פֿון וואַנען האָט מיט אַ מאָל זיך גענומען מיַיַן ליבע צו זיי? ווער אויב נישט דער טיַיַוול, האָט דאָס מיר אונטערגעזאָגט?] איצט, נאָך דעם באַריכט אין טעלעוויזיע, איז דער ווייטיק און די חרפה צוריק אויפֿגעקומען אין מיר, ווי אַ פֿאַרדאָרבן מאכל, וואָס מ'קען נישט פֿאַרדיַיַען, און אויך נישט אָפגעבן. איך בין אַריַיַנגעפֿאַלן אין דער געוויינטלעכער שווערער שטימונג. איך האָב ווידער דערפֿילט די עיקרדיקע סיבה פֿון מיַיַן נידערגעשלאָגנקיַיַט אין די לעצטע יאָרן. צי וועלן טאַקע מיַיַנע מאַטערנישן מיך באַגלייטן ביזן סוף פֿון מיַיַן לעבן? ווער ווייסט וועגן דעם? דוכט זיך, אַז הדסה כאַפט זיך יאָ. איך האָב עס געזען לויט דעם, ווי זי האָט געפרוּווט פֿאַרגלעטן אירע ווערטער וועגן יענעם ליד. אַ סך מאָל בין איך – פֿאַר זיך אַליין – מקבל באהבה די "עוולות" וואָס מע באַגייט לגבי מיר. איך טראַכט אַז כ'בין דאָס ווערט, אַז כ'האָב קיין בעסערע באַציִונג זיך נישט פֿאַרדינט, אַז ביַיַ מיַיַן כוח איַיַנצודרינגען אין געשעענישן, האָב איך זיי געדאַרפֿט ריכטיקער אָפשאַצן. איך האָב דאָך פֿאָרט פֿאַרדינט עפעס אַ שטראָף! צי האָב איך מיט מיַיַנע חרטה-לידער שוין יוצא געווען, און ווי אַ בעל-תשובה נאָך טבילה, בין איך אַרויס ריין, אַ ניַיַ-געבוירענער? און ווידער אַ מאָל הייב איך אָן צו פֿאָרשן און זוכן די סיבה פֿאַר וואָס איך בין דערצו דערגאַנגען. זוכנדיק די סיבות, באַפֿריַיַ איך זיך גופא נישט פֿון דער הויפטשולד. זי איז מיַיַנע. זי וואָרצלט אין מיַיַן כאַראַקטער. אין מיַיַן פערזענלעכקיַיַט איז פֿאַראַן יענער פונקט, וואָס איז זיך צונויפֿגעפֿאַלן און זיך באַהאָפֿטן מיט די אַזוי גערופֿענע "אָביעקטיווע סיבות". דאָס איז דער קערן, וואָס איז געפֿאַלן אויפֿן ריכטיקן באָדן. איך בין געבוירן געוואָרן צו שטאַרקער ליבע און אומבאַגרענעצטן האַס. אין מיַיַנע יונגע יאָרן האָבן זיי אָנגעהויבן גיין צוזאַמען, און מיר האָט זיך אויסגעוויזן, אַז זיי זענען אַ געבענטשטע פאָר, אַז איינער העלפֿט דעם צווייטן. איך האָב נישט אַזוי ליב געהאַט מענטשן ווי יחידים, ווי כ'האָב ליב געהאַט די גאַנצע מענטשהיַיַט, ווי אַ גרויסן אַבסטראַקט. די רשעים האָב איך פֿיַיַנט געהאַט ווי מיאוסקיַיַטן, אָבער געהאַסט האָב איך די אָרדענונג פֿון אונטערדריקערס און אויסנוצערס. ביסלעכוויַיַז, האָט זיך דאָס גרופירט. די וואָס כ'האָב ליב געהאַט, זענען געגאַנגען מיט מיר אין די דעמאָנסטראַציעס, האָבן מיט מיר צוזאַמען געשטריַיַקט. און יענע וואָס כ'האָב פֿיַיַנט געהאַט, זענען געווען אויף דער אַנדערער זיַיַט פֿון דער באַריקאַדע: זיי זענען געווען די געדונגענע ליַיַט אין די מונדירן, מיט די נאַהיַיַקעס אין די הענט. מיט דער ציַיַט איז דער עיקר, דער הייליקער עיקר, געוואָרן די שׂינאה. די וויכטיקסטע אויפֿגאַבע איז געוואָרן אומברענגען דעם שונא, אומברענגען. אויב דער פֿיַיַנט וועט נישט עקסיסטירן, וועט במילא אַלעמען בעסער ווערן, וועט געניסן פֿון דעם דאָס גאַנצע פֿאָלק. אויב אַזוי, דאַרף מען וואָס שטאַרקער פֿונאַנדערפֿלאַקערן דאָס האַס, דעם האַס צום קלאַסן-שׂינאה. דאָס איז דער העכסטער געבאָט פֿאַר דעם וואָס האָט ליב דאָס פֿאָלק. די ליבע פֿאַרלאַנגט אַ גרויסע מאָס שׂינאה, אַ דאָזע וואָס איז פֿילפֿאַכיק גרעסער ווי די ליבע. און אַזוי האָט אויסגעזען דער דעוויז: "האָב פֿיַיַנט, וואָס מער פֿיַיַנט. ברענג אום דעם פֿיַיַנט, די ליבע וועט במילא בליַיַבן". ווי ביַיַ יעדער רעליגיע, האָט דער שׂטן באַוויזן די ליבע אין זיַיַן היפוך. דער אינקוויזיטאָר ווייסט צום בעסטן, ווי אַזוי מע דאַרף ליב האָבן, וועמען מע דאַרף ליב האָבן און וויפֿל מע דאַרף ליב האָבן. ער איז דער "אינזשענער פֿון דער מענטשלעכער נשמה". ער סטראָיעט זי אָן, ער פֿאַרריכט זי אויב ס'איז נייטיק און ער מעג זי אויך צעלייגן אויף טיילן. די ליבע איז געוואָרן אַ שפחה ביַיַם האַס, און איך האָב זי אַוועקגעשיקט, ווי הגרן, אין מידבר. איצט בין איך מקנא די מענטשן וואָס ווייסן ווי אַזוי פשוט ליב צו האָבן, און יעדן איינעם באַזונדער, און זיי זענען אפילו מגזם אין דעם. זיי טריַיַבן איבער, דערנאָך לעבן זיי איבער אַנטוישונגען, אָבער עס מאַכט נישט אויס. אין דער אונטערשטער שורה וועלן זיי בליַיַבן די באַלוינטע. איך זאָג עס זיך יעדן טאָג. איך לערן זיך ליב האָבן. די לערע קומט מיר אָן שווער. די שליטה פֿון דער שׂינאה איז אַ מעכטיקע און זי האָט אַ סך העלפֿערס. די ליבע איז איינע, איינע. זי האָט בלויז אירע גוטע אויגן.
9טן אָקטאָבער. [הדסה הייבט שוין אָן די צוגרייטונגען צו איר ניַיַער ריַיַזע קיין אַמעריקע. זי האָט באַקומען עטלעכע בריוו פֿון שטעט אין די פֿאַרייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע מיט פֿאָרגעשלאָגענע דאַטעס פֿאַר אירע וואָרטקאָנצערטן. אין די נאָענטסטע וואָכן וועט זי שוין דאַרפֿן אָנהייבן לערנען דעם מאַטעריאַל פֿון איר ניַיַעם פראָגראַם, און ס'איז צו דערוואַרטן, אַז וואָס וויַיַטער, אַלץ מער וועט זי אַריַיַן אין דער שפאַנונג. איצט, שריַיַבנדיק וועגן דאַסען, איז מיר איַיַנגעפֿאַלן אַ מאָדנע מחשבה: וואָס וואָלט גאָלדע געזאָגט וועגן דאַסען? אינטערעסאַנט, אַז בלויז אין שייכות צו גאָלדען פֿאַלט מיר איַיַן אַזאַ געדאַנק, און נישט וועגן קיין אַנדערער פֿון די פֿרויען, וואָס איך האָב געקענט. די סיבות זענען פֿון אויבנאויף: ערשטנס, אינטערעסירט מיך גאָלדעס מיינונג צום מיינסטן. צווייטנס, איז זי געווען די מוטער פֿון דער טאָכטער דינה. איז וואָס וואָלט זי געזאָגט וועגן דאַסען? איך בין זיכער אַז זי וואָלט זי ליב געהאַט ווי נאָר זי האָט געקענט ליב האָבן. זי וואָלט הויך געשאַצט אין אינטעליגענץ און איידלקיַיַט. זי וואָלט געווען באַגיַיַסטערט פֿון איר טאַלאַנט און פֿון דעם אופן ווי זי ברענגט אים צום אויסדרוק. און נאָך אַ וויכטיקע זאַך: זי וואָלט איר געווען צום טיַיַערסטן דערפֿאַר, וויַיַל זי האָט אזוי שטאַרק ליב דינהלען, נישט ווייניקער ווי זי אַליין, גאָלדע, האָט זי ליב.] גאָלדע איז געבליבן אין מיַיַן לעבן ממשותדיק, אפשר דערפֿאַר וויַיַל דינהלה איז ממשותדיק, און אפשר נישט נאָר דערפֿאַר. איך פֿרעג ביַיַ איר אָפֿט אַן עצה, ווען ס'איז מיר שווער. און פֿאַראַן נאָך עפעס, וואָס איז אַ קאָנקרעטער און כסדרדיקער דערמאָנער: אַ סך מאָל דערמאָנט מיך דינהלה מיט אירס אַ בליק, מיט אַ באַוועגונג אין גאָלדען. איך דערזע זי אין דינהלעס טראָט. איך דערמאָן זיך אין גאָלדען ווען איך קוק אויף דינהלעס האָר. זי דערמאָנט מיך אין גאָלדען ווען זי לאַכט און ווען זי וויינט, ווען זי מאַכט איר מבטלדיקן באַוועג מיט דער האַנט, גענוי ווי גאָלדע האָט דאָס געטאָן, ווען זי האָט עפעס צו נישט געמאַכט. [אָבער דינהלה איז עפעס וויַיַטערס פֿון גאָלדען. גאָלדע איז די פֿאַרגאַנגענהיַיַט וואָס גייט אַריַיַן אין יעדן טאָג – און גייט מיר נאָך. זי איז כסדר פֿאַראַן אַרום מיר. זי היט מיך אָפ און באַשירעמט מיך פֿון אַלע אָנשיקענישן, און דער עיקר – פֿון אַלע שלעכטע מחשבות. זי היילט מיך פֿון יאוש און זי גיט מיר ניַיַעם חשק צום לעבן. זי נעמט אַראָפ פֿון מיַיַנע אַקסעלן די זיקנה און שענקט מיר אַוועק די יאָרן וואָס זי האָט נישט אויסגעלעבט.] נאָך יענעם פֿרימאָרגן, ווען זי איז געגאַנגען איבערן אויפֿגעטיַיַטן איַיַז צו דער פויערטע נאָך מילך פֿאַרן קינד און אַריַיַנגעפֿאַלן אין וואַסער, ווי איך האָב שוין דערציילט, האָט זי זיך שווער צוגעקילט און דער הוסט האָט אַרויסגערופֿן די קראַנקיַיַט, וואָס האָט שוין לאַנג געטשאַטעוועט אין אירע לונגען. אפשר וואָלט מען זי געקענט אָפראַטעווען ווען זי וואָלט געהאַט גענוג נאַר האַפֿטיקע שפיַיַזן. זי איז כסדר געווען הונגעריק און דעם מאָגערן ביסן האָט זי מיר אָפֿט אַוועקגעגעבן מיט פֿאַרשיידענע תירוצים. [איך האָב נישט געהאַט קיין כוח אָפצוזאָגן, איך האָב אָנגענומען דעם קרבן. גאָט וועט מיך משפטן דערפֿאַר, אָבער נישט גאָלדע. גאָט איז אַ שטרענגער, אָבער גאָלדע האָט ליב. זי האָט געוואָלט איך זאָל בליַיַבן]. איין מאָל, ווען איך האָב גענומען אויסרעדן, אָז זי פֿירט זיך איבער, אַז זי ברענגט זיך אום מיט דעם אונטעררוקן מיר דאָס וואָס געהער איר, האָט זי מיר געענטפֿערט מיט אַ שמייכל, אַז איך בין איינער, אַז קיינער קען נישט זיַיַן אַנשטאָט מיר... גאָלדע איז שוין מער צו דער אַרבעט נישט געגאַנגען. זי איז געבליבן אין שטוב און זיך פֿאַרנומען מיט קינד. דאָס קינד פֿלעגט וויינען ביַיַ נאַכט, און די באַלעבאָסטע אין צווייטן צימער, ניוראַ, האָט געזידלט און געשאָלטן פֿאַר וואָס מע לאָזט זי נישט שלאָפֿן. זי האָט אונדז אָנגעהויבן אָנטאָן צרות, און אַ ליאַדע עפעס, האָט זי געשריגן, אַז מיר זאָלן זיך אַרויסטראָגן פֿון איר "הויז"... איין מאָל, ביַיַ נאַכט, ווען מיר זענען שוין געלעגן אינעם שמאָלן איַיַזערנעם בעטל, האָבן מיר דערהערט אין דרויסן דאָס קול פֿון דער באַלעבאָסטע. זי איז, וויַיַזט אויס, געווען שיכור, ווי דאָס האָט אָפֿט געטראָפֿן. זי האָט זיך אומגעקערט פֿון שטאָט. וואָס נעענטער זי איז געקומען צו דער טיר, אַלץ קלאָרער האָבן מיר געהערט אירע זאַפֿטיקע רוסישע קללות: "איך וועל זיי אַלעמען דערהרגענען – האָט זי געשריגן – און אויך דעם קליינעם זשיד וועל איך דערהרגענען"! דעם "קליינעם זשיד" האָט זי געמיינט דינהלען. ווען זי איז אַריַיַן אין שטוב און נישט אויפֿגעהערט צו סקאַנדאַלעווען, האָב איך איר געדראָט, אַז איך וועל גיין רופֿן די מיליץ, אויב זי וועט זיך נישט באַרויִקן. זי האָט געכאַפט אַ האַק און אַרונטערגעלייגט אונטער איר בעט. "אויב אַ מיליציאָנער וועט קומען – האָט זי וויַיַטער געמאַכט קולות – וועט זי אים שפאַלטן דעם קאָפ". ענדלעך איז שטיל געוואָרן. אונדז איז שוין שווער געווען איַיַנצושלאָפֿן. פלוצלינג האָבן מיר דערהערט ווי ניוראַס באָרוועסע טריט דערנענטערן זיך צו אונדזער בעט. איך האָב זיך שנעל אויפֿגעזעצט און אַ דערשטוינטער האָב איך געקוקט ווי ניוראַ פֿאַלט אַוועק פֿאַרן בעט אויף די קני און הייבט אָן צו קושן די פֿיס ביַיַ גאָלדען: "הייליקע, טיַיַערע, נשמה מיַיַנע! וואָס האָב איך געטאָן? וואָס האָב איך אָנגערעדט? דו ביסט הייליק און איך בין אַ 'בליאַד'. זיַיַ מיר מוחל, זיַיַ מיר מוחל"! און שפעטער האָט זי דערציילט וואָס מיט איר איז פֿאָרגעקומען אין שטאָט: אין אַ רעסטאָראַן האָט מען "געגעבן" קאָטלעטן, אמתע קאָטלעטן פֿון פֿלייש – אַ זעלטענע זאַך אין יענע טעג. ווען ס'איז געקומען איר ריי, האָט זיך "געענדיקט", ס'האָט אויסגעפֿעלט. זי איז אַוועק צום פֿאַרוואַלטער פֿונעם רעסטאָראַן און געפֿאָדערט אַז מע זאָל איר געבן איר פאָרציע קאָטלעטן. זי איז שוין געווען אויסגעטרונקען, און אַז מ'האָט איר געזאָגט, אַז די קאָטלעטן האָבן זיך געענדיקט, האָט זי געמאַכט אַ סקאַנדאַל – און מ'האָט זי אַרויסגעוואָרפֿן. דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם רעסטאָראַן איז געווען אַ ייִד... אויפֿן גאַנצן וועג אַהיים האָט זי געשריגן, אַז זי וועט דערהרגענען די "זשידעס" ביַיַ זיך אין שטוב. איך וואָלט נישט געזאָגט, אַז דער אַנטיסעמיטיזם צווישן די סאָוויעטישע בירגער, דער עיקר צווישן די רוסן, אוקראַינער און וויַיַסרוסן, ביַיַ דעם פשוטן פֿאָלק, איז געווען אַ "באַוווּסטזיניקער", אַן אויסגעלערנטער, [אַן אידיאָלאָגישער – פֿון דעם זעלבן כאַראַקטער ווי דער דיַיַטשישער]. ער איז גיכער געווען אַ עמאָציאָנאַלער, אַן איַיַנגעבוירענער, "פֿון שטוב", פֿון דער רעליגיע און פֿונעם שטייגער לעבן. ניוראַ איז געווען אַ פֿרוי פֿון עטלעכע און צוואַנציק יאָר, אַן אַנאַלפֿאַבעטקע. ווען מיר זענען געקומען וווינען ביַיַ איר, אין דעם ליימענעם היַיַזל, איז איר מאַן שוין געווען אויפֿן פֿראָנט און קיין בריוו פֿון אים האָט זי קיין מאָל נישט געקריגן, קיין ידיעה וועגן אים – אויך נישט. ניוראַ איז געווען פֿאַרביטערט און אָרעם, ווי דאָס רוב פֿון די שכנים אַרום איר – פֿאַרשיקטע אין די ציַיַטן פֿון דער צוואַנג-קאָלעקטיוויזאַציע. ניוראַ איז שוין געווען פֿון די געבוירענע אין אַלמאַ-אַטאַ, און ייִדן האָט זי געקענט מסתמא בלויז פֿונעם דערציילן וועגן זיי, וויַיַל אין אַלמאַ-אַטאַ זענען ייִדן געווען אין זייער אַ קליינער צאָל איידער עס זענען אָנגעקומען די ייִדישע פליטים פֿון די מערבדיקע געביטן. איך בין זיכער, אַז ווען ניוראַ וואָלט געהאַט גענוג צו עסן, ווען אירע צוויי קינדער וואָלטן נישט געהונגערט, ווען זי וואָלט נישט געדאַרפֿט שטיין אין ריי נאָך אַ קאָטלעט, און לסוף אים נישט באַקומען – וואָלט איר בכלל נישט אינטערעסירט, צי דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם רעסטאָראַן איז אַ ייִד, אַ קאָזאַק אָדער אַ טאַטער. אין ראַטן-פֿאַרבאַנד, אין די 40ער יאָרן [און אין פוילן אויך – אין די 50ער יאָרן,] האָבן ייִדן פֿאַרנומען אויף אָנפֿירנדיקע און אַדמיניסטראַטיווע אַמטן, און אויך אינעם געזעלשאַפֿטלעכן האַנדל-סיסטעם – אַ פראָצענט וואָס האָט זיך געוואָרפֿן אין די אויגן. און ביַיַ דעם גרויסן אונטערשייד פֿון די לוינען לויט די קאַטעגאָריעס, ביַיַ די מעגלעכקיַיַטן פֿון די העכער אָנגעשטעלטע אין יענע אינסטאַנציעס ליַיַכטער צוצוקומען די פראָדוקטן פֿונען ערשטן געברויך, איז נישט קיין וווּנדער, וואָס די אָ "פרנסה-געבנדיקע" פאָסטעס האָבן אַרויסגערופֿן קינאה און מ'איז געוואָרן אויפֿמערקזאַם, אַז זייער אָפֿט ווערן זיי פֿאַרנומען דורך מענטשן מיט טונקעלע אויגן, וואָס זיי רעדן רוסיש מיט אַ פֿרעמדן אַקצענט. אמת, אויך די קאַזאַכן זענען געוואָרן פֿאַוואָריזירט, און אויך זיי האָבן גערעדט נישט קיין גליַיַכן רוסיש, אָבער זיי, די מיט די קרומע אויגן, זענען דאָך געווען די באַלעבאַטים פֿון דעם לאַנד. זיי האָבן געוווינט, אין משך פֿון לאַנגע יאָרהונדערטער, אין די פֿאַרשטעלטע הייפֿלעך פֿון אַלמאַ-אַטאַ און קאַראַגאַנדאַ, אין די ליימענע קיביטקעס אויף די ווילדע שטחים פֿונעם קאַזאַכישן מידבר. מיט זיי האָט מען געמוזט שלום מאַכן. דער איַיַנגעבוירענער אַנטיסעמיטיזם צווישן די רוסן און אוקראַינער האָט שוין געהאַט אַ געוויסע שייכות צום שטייגער, איך וואָלט אפילו געזאָגט– צו פֿאָלקלאָר. דערמיט וויל איך אים נישט געבן אַ לעגיטימאַציע, אַ מין היתר. פֿאַרקערט, מעגלעך, אַז דווקא זיַיַן איַיַנגעוווּרצלטקיַיַט אינעם שטייגער מאַכט דעם סלאַווישן אַנטיסעמיטיזם נאָך געפֿערלעכער; טייל מאָל געפֿינט מען פֿאַר אים אַ הנחה, צוליב זיַיַן "פֿאָלקסטימלעכן חן". אַזאַ ייִדן-שינאה איז אויך שווערער צו באַקעמפֿן. דאָס איז אַ קאָמפלעקס פֿון געפֿילן, וואָס ציט זיַיַן יניקה פֿון פֿאַראורטיילן און אָבערגלייבנס. ווען מע דאַרף נישט אָנקומען צו דעם – צו קאָכן זיך דאָס האַרץ מיט שינאה צום פֿרעמדן, צום ?????? (ע"מ 98, שורה 11 מלמטה), צום אָנגעקומענעם – שלאָפֿט ער און ער נעמט אָן אַן אומשולדיקן כאַראַקטער, אָבער אין שווערע ציַיַטן, ווען ער זוכט אַ שולדיקן אין די צרות, באַוויַיַזט ער זיַיַנע קרומע און גיפֿטיקע ציין. די שכנים אין דער געגנט זענען אַלע געווען פֿונעם זעלבן שיכט, און אפשר אויך פֿון דעם זעלביקן אָפשטאַם – פֿונעם אוקראַיִנישן. איך האָב געהערט, אַז די מערהיַיַט פֿון זיי זענען אַהער געוואָרן פֿאַרשיקט. זיי אַליין, אָדער זייערע עלטערן, זענען דאָס געווען די "קולאַקעס", וואָס די סאָוויעטישע מאַכט האָט ליקווידירט. זיי האָבן פֿיַיַנט געהאַט סטאַלינען און זיַיַן הערשאַפֿט מיט אַן אוממאַכטיקער, באַהאַלטענער שינאה. ביז דער מפלה פֿון די דיַיַטשן אין סטאַלינגראַד האָבן זיי געהאָפֿט אויף זייער נצחון, און אין די שווערע טעג פֿאַר דער סאָוויעטישער אַרמיי, האָבן זיי אפילו שוין אָנגעהויבן פֿרייען זיך מיט די נאַצישע זיגן אויף די פֿראָנטן, אָבער די מאַכט-אָרגאַנען האָבן זיך געמאַכט נישט זען און נישט הערן. זיי ווייסן ווען מע דאַרף נישט טשעפען דעם "קלאַסן-שונא"... אין אַן אָוונט פֿון סוף 1942, ווען איך בין אַהיימגעקומען פֿון דער אַרבעט, האָט גאָלדע מיר אָנגעזאָגט אַ בשורה, אַז ניוראַ מיט נאָך אַ שכנטע, האָבן געבראַכט צו פֿירן אַ חזירל און זיי קליַיַבן זיך דאָס צו קוילן. דאָס פֿלייש און די סאַלע וועט מען שפעטער צעטיילן צווישן עטלעכע שכנים, אָבער דאָ, ביַיַ ניוראַ, וועט מען פראַווען דעם יום-טוב אין אָוונט פֿון "ראָזשדעסטוואָ", און דאָ וועט מען דערלאַנגען די אַלע מטעמים פֿון דעם חזירל: גריוון, קאָטלעטן. אויך מיר, איך און גאָלדע, זענען פֿאַרבעטן צו דער סעודה. אַ האַלבע נאַכט האָבן מיר געהערט די געשרייען פֿונעם געקוילעטן חזירל. דאָס האָט אַזוי לאַנג געדויערט, מסתמא דערפֿאַר, וויַיַל די קיילערס זענען געווען נישט קיין געניטע. מיר זענען זיכער געווען, אַז אויך ניוראַ האָט זיך מתעסק געווען מיט דעם, וויַיַל זי איז אַהיים געקומען שפעט. אין יומאַשעוו-געסל האָט זיך געפֿילט אַ הייטערע, ערב-יומטובדיקע שטימונג, אָבער אַ געמישטע מיט אַ ביסל געהיימענישקיַיַט. צו "ראָזשדעסטוואָ" האָבן מיר אַלע, די שכנים און גאָלדע מיט מיר, זיך אַרומגעזעצט אַרום דעם טיש אין דעם איינציקן גרעסערן צימער, און ניוראַ האָט אָנגעהויבן דערלאַנגען. נישט בלויז צום פֿאַרביַיַסן איז געווען בריווח, נאָר אויך צום טרינקען. דער ראש המדברים איז געווען באַגדאַן אַפֿאַנאַסיעוויטש, אַ פֿעסטגעבויטער אוקראַיִנער אין די פֿופֿציקער יאָרן. ער איז געווען שיכור ווי לוט און געדרשנט אָן אופֿהער, דער עיקר וועגן פֿרעס אין די אַמאָליקע גוטע ציַיַטן, דאָרט, אויף דער אמתער "ראָדינאַ". אומגעריכט איז ער אַרויף אויף דער אייביק-אָנציִענדיקער טעמע: ייִדן. און דעמאָלט האָט ער געזאָגט מער-ווייניקער אָט וואָס: "ער – ער האָט אָנגעוויזן אויף מיר – איז אַ גוטער מענטש, זייער אַ גוטער, א "ראַבאָטשי", און אַ יעוורעי. אַ מאָל, ביַיַ אונדז, האָט מען אַזאַ מענטש גערופֿן פראָסט 'זשיד'. אַזוי איז געווען ליַיַכטער, און אַלע האָבן פֿאַרשטאַנען. דאָס איז דאָך דער זעלבער, נישט אמת? אַ מאָל איז ער געווען אַ 'זשיד', איצט איז ער אַ 'יעוורעי'. ביַיַ דער סאָוויעטסקע וולאַסט איז דער 'זשיד' געוואָרן אַ 'יעוורעי', אָבער אַ 'זשיד' בליַיַבט אַ 'זשיד', און ס'איז גרינגער צו זאָגן 'זשיד'"... די שכנים האָבן דערזען מיַיַן פֿאַרלעגנהיַיַט, און באַגדאַנס וויַיַב – זי איז געווען די אַקטיווסטע ביַיַם קוילן דאָס חזירל – האָט אים איבערגעריסן און באַפֿוילן אויפֿהערן צו רופֿן מיר "זשיד". "אָבער פֿאַר וואָס – האָט ער פראָטעסטירט – איך מיין דען אים צו באַליידיקן? ער איז אַ גוטער מענטש, זייער אַ גוטער. אים אַרט דען, אַז איך רוף אים "זשיד"? ווייסטו וואָס – האָט ער זיך געווענדט צו מיר – רוף דו מיך 'כאָכאָל', און איך וועל דיך רופֿן 'זשיד', גוט"? מיטן צונאָמען "כאָכאָל" פֿלעגן די גרויסרוסן [אין די צאַרישע ציַיַטן] איבעררופֿן אַן אוקראַינער. אין עטלעכע טעג אַרום האָט זיך געיאַוועט אין שטוב אַ פֿרוי פֿון אַ דאָרף הינטער אַלמאַ-אַטאַ און אָנגעהויבן אונדז אויספֿרעגן, צי מיר האָבן נישט געזען אַ מאָל אַ חזירל, וואָס איז איר פֿאַרלוירן געגאַנגען. מיר האָבן געענטפֿערט, פֿאַרשטייט זיך, אַז מיר ווייסן נישט פֿון גאָרנישט. אָבער מיט דעם האָט זיך דאָס נישט געענדיקט. מיליציאָנערן און אַגענטן אין ציוויל זענען אין משך פֿון וואָכן אַרומגעגאַנגען פֿון שטוב צו שטוב און געפֿאָרשט דעם ענין מיטן פֿאַרפֿאַלענעם חזירל, ביז אין איין פֿרימאָרגן האָט מען אַרעסטירט אונדזער באַלעבאָסטע און די קיילערין פֿונעם חזירל. ניוראַ איז נישט לאַנג געווען אין אַרעסט. זי האָט דאָך איבערגעלאָזן קליינע קינדער אין שטוב. אָבער אין עטלעכע וואָכן אַרום האָט זי, צוזאַמען מיט איר גוטער שכנטע, געבראַכט צו פֿירן אויף אַ שטריקל גענוי אַזאַ חזירל, וואָס זיי האָבן שוין אַ מאָל געבראַכט און געקוילעט לכבוד "ראָזשדעסטוואָ". דאָס מאָל איז עס געווען נישט געגנבעט, נאָר געקויפֿט. צו מאָרגנס איז געקומען די באַלעבאָסטע פֿונעם געגנבעטן חזירל, אין באַגלייט פֿון אַ מיליציאָנער, און אַוועקגענומען דאָס אָפגעקויפֿטע חזירל. פֿון וואַנען האָבן זיי גענומען געלט צו קויפֿן דאָס חזירל? כ'בין זיך משער, אַז אַלע שכנים, די באַטייליקטע אין יענער סעודה, האָבן זיך באַטייליקט אין דער קניה. קיין סך פֿרעגן זיך האָבן מיר נישט געוואָלט. ס'איז בעסער וואָס ווייניקער זיך צו מישן. ניוראַ מיט איר גוטער שכנטע האָבן אַ ציַיַט לאַנג געזוכט דעם מענטש, וואָס האָט זיי געמסרט.
דעם 11טן אָקטאָבער. ווידער אַ יום-טוב ביַיַ ייִדן, סוכות. אין אונדזער געגנט לאָזט זיך דער יום-טוב נישט אַזוי שטאַרק באַמערקן, ווי אין יענע יאָרן אין וואַרשע און אין די ייִדישע שטעטלעך פֿון פוילן. אפשר דערפֿאַר, וויַיַל דאָ וווינען ווייניקער פֿרומע ייִדן, איידער אַ מאָל אין די ייִדישע געגנטן פֿון די שטעט און אין די ייִדישע שטעטלעך. דאָרט זענען די סוכות געשטאַנען געדיכט, איינע לעבן דער אַנדערער. אין דער פֿרי, ווען מען פֿלעגט גיין צום דאַווענען, און צוריק, האָט כמעט יעדער צווייטער ייִד געטראָגן אַ לולב מיט אַן אתרוג. די גוייִם האָבן נישט געקענט פֿאַרשטיין וואָס אַזוינס עס ליגט באַהאַלטן אין דער זילבערנער פושקע און וואָס טוען זיי, די ייִדן מיטן פֿרעמדן טייטלצוויַיַג, פונקט ווי זיי האָבן נישט געקענט תופס זיַיַן די מתפללים, וואָס האָבן די זאַכן געטראָגן מיט זיך אַהין און צוריק פֿון די שולן. אין מיַיַנע אויגן, אין די אויגן פֿון אַ ייִדיש ייִנגל, האָבן די גוייִם אַרום אויסגעזען גרוי און וואָכעדיק. כ'האָב מורא געהאַט פֿאַר זיי, דער עיקר פֿאַר די שקצים, אָבער אין דער זעלבער ציַיַט האָב איך געהאַט אויף זיי אויך אַ ביסל רחמנות. ביַיַ מיר איז געווען אַ געפֿיל, אַז דווקא זיי, די גוייִם, זענען דאָ די פֿרעמדע. זיי דרייען זיך אַרום פֿאַרלוירענע אין דעם יידישן יום-טוב. וואָס טוען זיי, וווּהין גייען זיי, וואָס פֿאַר אַן אינטערעסן האָבן זיי? אונדזער ייִדישע וועלט איז דאָרט – אין אונדזערע אויגן – באמת געווען אַבסאָלוט אויטאָנאָם. אין איר איז קיין שפאַלט נישט געווען. זי איז געשטאַנען פֿעסט, גאַנץ און איזאָלירט. ערשט שפעטער, ווען כ'האָב אַראָפגעוואָרפֿן פֿון זיך די ייִדישע מלבושים, ווען כ'האָב אויפֿגעהערט גיין מיטן טאַטן צום דאַווענען, האָט דער פֿעסטער בנין פֿון מיַיַן ייִדישקיַיַט זיך אַ שאָקל געטאָן. די ייִדישע יום-טובים האָבן פֿאַרלוירן ביַיַ מיר זייער טעם און חן, און איך האָב זיי דערזען ווי ציַיַטוויַיַליקע דערשיַיַנונגען אויף דער פוילישער לאַנדשאַפֿט. איך האָב דערזען דעם שפאָט, מיט וועלכן די גוייִם קוקן אויף די אויסטערלישע "ייִדישע" ריטועלע געוויקסן, אויף די לולבים און הדסים. כ'האָב געוואָלט זיַיַן וויַיַטער דערפֿון. דער אַטעיזם איז ביַיַ מיר, און ביַיַ אַזעלכע ווי איך, געווען אַן מין נישט בלויז פֿון אידעאָלאָגיע, נאָר אויך אַ מין ווידערווילן צו דער איזאָלאַציע און פֿאַרפֿרעמדקיַיַט צום פֿאָלק, צווישן וועלכן מיר לעבן. איך האָב אויפֿגעהערט פֿיַיַנט האָבן די גוייִם. [איך האָב אויך אויפֿגעהערט רחמנות צו האָבן אויף זיי], כ'האָב אָבער נישט אויפֿגעהערט מורא צו האָבן פֿאַר זיי. אָבער דאָס איז דאָך שוין זיכער נישט געווען מיַיַן שולד. ווי עס זאָל נישט זיַיַן, האָט דאָס נישט געהאַט קיין שייכות צו אַסימילאַציע. אמת, אַז לויט די ייִדישע מקורות זענען די ייִדן געוואָרן אויסגעלייזט פֿון מצרים צוליב דעם, וויַיַל זיי האָבן נישט געענדערט, נישט זייערע קליידער, נישט זייערע נעמען און נישט זייער שפראַך, אָבער איך האָב דעמאָלט בכלל נישט געהאַט קיין ווילן אויסגעלייזט צו ווערן פֿון פוילן. דאָס לאַנד איז פֿאַר מיר נישט געווען קיין גלות. און טאַטנס ייִדישקיַיַט, וואָס איך האָב פֿאַרלאָזן, האָב איך פֿאַרטראָטן מיט אַן אַנדערער, מיט מיַיַן אייגענער, מיט אַזאַ, וואָס איך אַליין בין געוואָרן פֿון אירע שאַפֿערס. דאָס איז געווען די ייִדישע ליטעראַטור, די ייִדישע פאָעזיע. באַלד ווי איך האָב אויפֿגעהערט דאַווענען, האָב איך אָנגעהויבן שריַיַבן ייִדישע לידער, און יעדעס ליד איז ביַיַ מיר געווען אַ תפילה, וואָס כ'האָב געזאָגט און איבערגעזאָגט אומצייליקע מאָל. די אַלע לידער געדענק איך ביז איצט אויסנווייניק. אויף דעם תפילהדיקן טאָן פֿון מיַיַנע ערשטע לידער האָט מסתמא געהאַט אַ השפעה דוד איַיַנהאָרן, וואָס איז געווען צווישן די ערשטע ייִדישע פאָעטן, וועמענס לידער איך האָב געלייענט: איינזאַמע, ווער וועט זיך טיילן מיט אונדזערע לייבן אָ ווער? דערטרונקען אין פֿינצטערע נעכט וועלן ווערן די בענקענדע טענער פֿון אונדזערע לידער און קיינער נישט, קיינער וועט לאָזן אַ טרער. צוזאַמען מיט מיַיַנע אייגענע נאָך רויע לידער, איז אויך דאָס דאָזיקע ליד געוואָרן מיַיַנס אַ תפילה. אָבער מיַיַנע אייגענע לידער זענען מיר געוואָרן אַזוי נאָענט, ווי קיין איינע פֿון די אַמאָליקע תפילות אינעם סידור. בלויז עטלעכע קאַפיטלעך תהילים זענען געבליבן איַיַנגעבאַקן אין האַרץ ווי מיַיַנע ערשטע לידער. יענע לידער האָב איך נישט אָפגעדרוקט, אָבער שורות פֿון דאָרט האָבן אַוועקגעוואַנדערט אין מיַיַנע שפעטערדיקע שאַפֿונגען, און די אָ שורות זענען געווען דאָרט פֿון די בעסטע, די אמתדיקע. און דאָס איז געבליבן די ייִדישקיַיַט, וואָס געניגט מיר ביזן היַיַנטיקן טאָג. איך דאַרף נישט מער. איך נעם נאָך אין האַנט אַ סידור, אַ מחזור, אַ מדרש, אַ מאָל אפילו – אַ גמרא, אָבער די ווערטער דאָרט זענען נאָר ווי דער אָטעם, וואָס איז נייטיק צו פֿאַרבינדן דעם המשך. זיי גיבן אויך פֿאַרב פֿאַר מיַיַנע ייִדישע ווערטער, זיי שאַפֿן פֿאַר מיר דעם ריכטיקן ניגון. וויפֿל זענען איצט פֿאַראַן אַזעלכע ווי איך? אויף מיַיַן גאַס – קיין איינער נישט. אין מיַיַן געגנט פֿון תל-אביב, אין יד-אליהו, איז געהאַט געבליבן נאָך איין ייִדישער שריַיַבער, אַ פראָזאַיקער, איז ער מיט אַ יאָר צוריק געשטאָרבן. די אלמנה גיט אַרויס זיַיַנע געבליבענע ווערק און זי שיקט זיי צו מיר. ייִדישע דערציילונגען. די ביכער זענען פֿול מיט נאָסטאַלגיע דווקא צו יענעם פֿאַרגאַנגענעם ייִדישקיַיַט אין פוילן. איין בוך שילדערט מיט אַ גענויער פינקטלעכקיַיַט דעם שטייגער פֿון אַ ייִדישן שבת אין אַן אָרעמער משפחה. אָבער די כמעט נאַטוראַליסטישע פינקטלעכקיַיַט וואַקסט אויס צו אַ דערהייבנדיקן לויבגעזאַנג פֿאַרן כוח און פֿאַר דער אייביקיַיַט פֿון דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקיַיַט. וועגן מיַיַן שטייגער ייִדישקיַיַט וועט קיינער אַזאַ פראָזע נישט קענען שריַיַבן: צו ווייניק דורות האָבן אין איר געלעבט און צו ווייניק יאָרהונדערטער קאַנאָניזירט. אין אונדזער געגנט בין איך געבליבן איין ייִדישער פאָעט מיט זיַיַן מין ייִדישקיַיַט. מיר איז דערווידער ווען עמעצער, מיינסטנס אַ שריַיַבער [מיט ווייניק טאַלאַנט און אַ סך חוצפה], פרוּווט קעמפֿן פֿאַר איר ווי פֿאַר אַ סעקולערער ייִדישקיַיַט. ניין, נאָר נישט דאָס! איך בין נישט פֿרום. איך גיי נישט אין שול דאַווענען, איך פֿאַרטראָג נישט קיין תפילה בציבור, איך האָב נישט ליב קיין אויסגעלערנטע תפילות. אָבער איך ווייס נאָך אַלץ נישט די גרענעץ צווישן מענטש און גאָט, איך ווייס נישט ווער צו וועמען עס דאַרף בעטן. איך בין נישט קיין "אפיקורוס לשמה", מומר להכעיס. מיַיַן גלויבן און אומגלויבן וויל איך קיינעם נישט אָנוואַרפֿן, וויַיַל איך ווייס אַליין נישט קיין שום זאַך. די ספקות און מאַטערנישן מיַיַנע לאָז איך פֿאַר זיך, און טייל מאָל נעם איך גאָר גלייבן, אַז די ספקות זענען די שענסטע מתנה, וואָס נאָר גאָט האָט מיר געקענט שענקען. סוכות. אין אַ וואָך אַרום וועט זיַיַן שמחת-תורה. ייִדן וועלן טאַנצן אין די גאַסן מיט די ספרי תורה אין די הענט. וווּ איז פֿאַראַן אַ פֿאָלק, וואָס זאָל טאַנצן אין די גאַסן מיט אַ ספר? אָבער אויך אויף דער אָ שמחה וועל איך נישט זיַיַן. כ'האָב מורא פֿאַר הייליקע און אייביקע זאַכן ווען זיי ווערן המוניש. הינטער די מאַסן שטייט אייביק דער שטן און לאַכט... ניין, מע טאָר נישט רעדן אויף קיין ייִדן. אפשר מיינען זיי גוט. אָבער איך האָב דאָס גענוג. איך האָב שוין געטאַנצט מיט המונים. אמת, מיט אַן אַנדער תורה, אפילו מיט די בילדער פֿון "הייליקע". דעמאָלט האָב איך נישט דערזען דעם שטן וואָס האָט געלאַכט. איך האָב אים נישט דערזען, כאָטש ער איז געשטאַנען אויף דער טריבונע.
דעם 12טן אָקטאָבער. נעכטן, דעם ערשטן טאָג סוכות, זענען ביַיַ אונדז געווען דינהלע מיט אַלאַן און זייערע קינדער – גלי און רוני. פֿון די נאָענטסטע – די נאָענטסטע. און דאָך, ווען די קליינע הייבן אָן צו טומלען, ווען זיי שפילן זיך און שריַיַען, אָדער ווען זיי קריגן זיך, פֿיל איך אין מיַיַן עגאָיזם, אַז איך ווער געשטערט. מיט פֿאַרדרוס דערוויס איך זיך, אַז ליבשאַפֿט צו זיי איז נישט שטאַרקער פֿון מיַיַן ווילן צו פֿאַרנעמען זיך בלויז מיט זיך. וואָס איז דאָס פֿאַר אַ מין טבע? אפשר אַ כסדרדיקער דורשט נאָך שטילקיַיַט – נאָך יענעם מצב, וואָס איז דער רוישטאָף פֿאַר חלומות, שאָטנס און נישט רעאַלע שאַפֿונגען. אין וועמענס אינטערעס איז דאָס? אין אינטערעס פֿון מיַיַן אייגענעם פֿאַרגעניגן? וואָס בליַיַבט מיר דערפֿון? די מינוטן, ווען איך קלעפ צונויף די שיטערע בילדער אין מיַיַן פֿאָרשטעלונג און באַהעפֿט זיי אין איין גאַנצקיַיַט, לאָזן איצט נישט איבער קיין לענגערן דויער. אפילו ווען איך זאַמל זיי צונויף און גיב זיי אַרויס אין אַ בוך, גייען זיי אַרויס, ווי אַ רויך, פֿון מיַיַן לעבן. דאָס איז נישט ווי אַ מאָל, אין מיַיַנע יונגע יאָרן, ווען יעדעס ניַיַע ליד האָט מיך באַגלייט טעג און וואָכן, נאָכגעגאַנגען אויף טריט און שריט. טאָ צו וואָס באַדאַרף איך זי, די שטילקיַיַט? צו וואָס דאַרף איך בכלל דאָס שריַיַבן! מיַיַן נידערגעשלאָגנקיַיַט, דאָס אַנטלויפֿן צו זיך, קומט טאַקע פֿון אַזעלכע מחשבות, וואָס איך האָב נאָר וואָס פֿאַרצייכנט. אָבער סיַיַ ווי – מיַיַן גליַיַכגילט צו אַלץ אַרום גייט איבער אין אַ גליַיַכגילט צו זיך אַליין. איז וואָס זשע טו איך אויף? הדסה וויל מיך אַרויסציִען פֿון דעם. קעגן מיַיַן ווילן פרוּווט זי מיך אַריַיַנוואַרפֿן אין דער אַטמאָספֿער פֿון משפחה און חברים, אָבער דאָס געראָט איר ווייניק. אַנשטאָט דעם, ווערט זי אָפֿט אַליין באַאיַיַנפֿלוסט פֿון מיַיַנע שטימונגען און פֿון מיַיַן דראַנג צו בליַיַבן מיט זיך אַליין. [זי איז ליַיַכט אויף צו ווערן באַאיַיַנפֿלוסט]. מיַיַן ערשט אייניקל, דאָס מיידעלע גליה, ווערט שוין באַלד 11 יאָר אַלט. גליה איז אייגנטלעך גאָלדע – אַ נאָמען נאָך איר באָבע. אַ סך מאָל רוף איך זי גאָלדעלע. זי ענטפֿערט מיר, אָבער פֿאַר איר איז נאָך נישט אין גאַנצן קלאָר, וועמען דער נאָמען איז. דעם נאָמען גאָלדע פֿון דער באָבע האָט מען געענדערט אויף גליה, און רופֿן רופֿט מען זי פֿאַרקירצט – גלי. ס'איז כמעט נישט אָנגענומען אין ישראל צו געבן די קינדער אַמאָליקע ייִדישע נעמען. גליה איז אַ סאַברע. מיט איר גאָלדענעם קאָפ וועט זי מיך אַריַיַנפֿירן אין 21סטן יאָרהונדערט. דינהלע רעדט צו איר טייל מאָל ייִדיש. הדסה גיט איר לעקציעס פֿון ייִדיש. זי לערנט איר מיַיַנע לידער. מיט צוויי וואָכן צוריק בין איך אַריַיַנגעקומען אין אונדזערן צימער גראָד אין אַ מאָמענט ווען גלי האָט געלייענט – אין די ראַמען פֿון איר ייִדיש-לעקציע – מיַיַן ליד "חבר מיַיַנער, קום שפאַצירן". חבר מיַיַנער, קום שפאַצירן. ווייסט וווּהין איך וויל דיך פֿירן? כ'האָב געהאַט אַ סך אַדרעסן – איינעם בלויז כ'האָב נישט פֿאַרגעסן. איך בין שנעל אַריַיַן צוריק צו זיך אין צימער, וויַיַל די אויגן זענען מיר פֿול געוואָרן. הייסט עס, אַז עס קען זיַיַן עמעצער, וואָס וועט וויַיַטער טראָגן מיַיַן ליד און עס וועט נישט פֿאַרשטומט ווערן? אויף אַ וויַיַלע האָט זיך מיר אויסגעוויזן, אַז מיַיַן לעבן איז פֿאַרלענגערט געוואָרן. זי איז אַלט 11 יאָר. אין 6 –7 יאָר אַרום וועט זי ענדיקן די מיטלשול. זי וועט שוין זיַיַן אַ רייפֿע פריילין, אָבער זי וועט דאַרפֿן גיין אין מיליטער, ווי עס פֿירט זיך ביַיַ אונדז אין לאַנד. און אפשר וועט דעמאָלט שוין אַנדערש זיַיַן? אפשר וועט אינעם גרין פֿון ישראל מער נישט דאָמינירן די כאַקי-קאָליר? און אפשר וועט דאָס ליד וואָס גלי לערנט איצט, באַקומען די זעלבע רעכט, וואָס עס האָבן די עברית-לידער? אפשר וועט דער אַראָמאַט פֿון מיַיַנע ווערטער זיך פֿאַרשפרייטן צוזאַמען מיט די ריחות פֿון [שלמה המלכס שיר-השירים?] דעם לאַנד? אויך די פֿראַגע האָט אַ שייכות צו מיַיַן אַנטלויפֿן פֿון דעם אַרום.
דען 13טן אָקטאָבער. עס טרעפֿט אָפֿט, אַז שפעט ביַיַ נאַכט, פֿאַרן איַיַנשלאָפֿן, שמועסן מיר וועגן גאַנץ פֿאַרשיידענע ענינים. די געשעענישן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם טאָג רעגן אונדז אָן צו רעדן וועגן זאַכן, וואָס האָבן אַ גאַנץ וויַיַטע שייכות צו די פלעפֿנדיקע ? (ניחוש, כתב לא ברור. ע"מ 104, שורה 7 מלמעלה), טומלדיקע ניַיַעס. נעכטן האָט הדסה געפרוּווט איבערחזרן איר מיינונג וועגן דער פאַסיווער פאָזיציע וואָס מיר פֿאַרנעמען איצט אין לעבן. "מיר זענען אָפגעריסן – האָט זי געטענהט – פֿון דעם וואָס עס קומט פֿאָר. [אפשר איז דאָס צוליבן עלטער], אפשר דערפֿאַר וויַיַל מיר האָבן באַקומען אַ ווידערווילן צו אונדזער סביבה". הדסה האַלט דאָס פֿאַר אַ נעגאַטיווער דערשיינונג, און איך, ווי תמיד, האָב עס אויך דאָס מאָל אָפגעוואָרפֿן. קודם-כל, האָב איך געזאָגט, איז דאָס נישט קיין אָפגעריסנקיַיַט, אויב איך מוז נישט יעדן טאָג גיין צו אַן אַרבעט וואָס כ'האָב נישט ליב, פֿאָרן אין שמוציקע אויטאָבוסן און שטופן זיך צווישן פֿרעמדע מענטשן. וויַיַטער, האָב איך ממשיך געווען, איז אַזאַ "אָפגעריסנקיַיַט" פֿאַר אַ שריַיַבער נאָר אַ ברכה. דאָס איז ווי אַ דעסטילאַטאָר, וואָס פֿאַרהאַלט דעם שטויב און שוים. דער טאָג ווערט לויטערער און מע זעט בעסער ווי אַזוי אָפצוקליַיַבן די וויכטיקע פֿאַקטן און בילדער. יאָ. איז מיַיַן פֿרוי מסכים מיט מיר, אָבער מיר פֿאַרלירן פֿאָרט דעם אופן פֿילן און זען פֿונעם פשוטן מענטש, וואָס האוועט אָפ דעם טאָג צוזאַמען מיטן המון, אין דרויסן, אויף די בשותפותדיקע טראָטואַרן און אויטאָבוסן, אין רשות הרבים, אין דעם נעפל פֿון בענזין און פֿרעמדע ריחות. איצט אין דעם זוניקן שבתדיקן אינדערפֿרי, פֿיל איך נאָך מער צופֿרידנקיַיַט פֿון מיַיַן מצב און איך בענטש מיַיַן "אָפגעריסנקיַיַט". איך האָב זיך קיין מאָל נישט פֿאָרגעשטעלט, אַז דאָס עלטער ווערן קען ברענגען אַזאַ גיַיַסטיקע שלווה, און טאַקע צוליב דעם דערוויַיַטערן זיך פֿון דעם רוישיקן דרויסן. די שפעטערדיקע, איַיַנגעשטעלטע יאָרן גיבן די מעגלעכקיַיַט צו מאַכן פֿאַר זיך דעם חשבון. דעם באַלאַנס דערלעבט מען אַליין זעלטן צו זען. מע מוז זיך פֿאַרלאָזן אויפֿן יורש. מער ווי אַ העלפֿט פֿון מיַיַן לעבן בין איך געווען אַ "געזעלשאַפֿטלעכער" מינטש. כ'האָב זיך באַטייליקט אינעם עפֿנטלעכן טומל, [אַוועקגעגעבן מיַיַן נאָמען און מיַיַנע מעשים פֿאַר אַ פאָליטישער באַוועגונג], נישט געשעמט זיך אַוועקצושטעלן אויף דער טריבונע, כאָטש בטבע, פֿון געבוירן און דערציִונג, בין איך נישט געווען קיין מעורב בין הבריות. צום אָפֿסטן האָב איך ליב געהאַט צו זיַיַן מיט זיך אָדער מיט אַ בוך. יאָ, דאָס בוך. איך בין געווען פֿאַרליבט אינעם וואָרט. די געשריבענע שטילקיַיַט זיַיַנע האָט געהאַט אויף מיר אַ מאַגישע השפעה. איך בין זיכער געווען, אַז דאָס וואָרט פֿונעם שריַיַבער, דער עיקר פֿונעם פאָעט, איז ווי דאָס וואָרט פֿונעם נביא, וואָס קען און דאַרף ווערן פֿאַרוואַנדלט אין טאַט. די פאָליטיקערס האָבן זיך געכאַפט דערויף, און זיי האָבן מיר איַיַנגערעדט, אַז מיטן פֿאַרייניקן מיַיַן ליד מיט זייער אידעע וועט געבוירן ווערן אַ ניַיַער כוח פֿון באַווירקן. אַזוי אַרום בין איך געוואָרן אַן אַקטיווער מענטש, אַן "אַנגאַזשירטער" אַ "באַהאָפֿטענער". ערשט איצט, אַ ביסל צו שפעט, פֿאַרשטיי איך וואָס און וויפֿל כ'האָב פֿאַרלוירן. בעת איך האָב געשריבן די לידער פֿון מיַיַנע היגע יאָרן, האָב איך אָפֿט געשטוינט, ווי אַזוי כ'האָב אַזוי לאַנג פֿאַרזען דאָס אייגנס מיַיַנס, דאָס אמתדיקע, דאָס עכטע, וואָס איז געלעגן אין אַלע ווינקלעך פֿון מיַיַן נשמה. דאָס איז דאָך געווען דאָס זעלטנסטע, דאָס טיַיַערסטע, דאָס וואָס מע רופֿט מיט אַ נאָמען וואָס איך פֿאַרליַיַד נישט – "טאַלאַנט". און איך האָב דאָס גרינג-געשאַצט און פֿאַרשעמט. איך האָב עס געלאָזן ליגן אַזאַ לאַנגע ציַיַט, שטויב איז דערויף אָנגעפֿאַלן און פֿאַרשטעלט, פֿאַרטונקלט. איצט פרוּוו איך עס אַרויסנעמען פֿון דאָרט, און איך ספק, צי דאָס וועט מיר געראָטן, צי וועט מיר סטייען כוח און זכרון, און צי כ'וועל באַוויַיַזן. איצט, ווען איך ווייס שוין אַז די איינציקע טיַיַערע זאַך איז ציַיַט, נישט געזעלשאַפֿט און נישט פֿריַיַנדשאַפֿט, איך וויל באַוויַיַזן וואָס מער. אַ שונא בין איך דעם וואָס שטערט מיר. די שכנים לאַנגוויַיַליקן מיך, די רייד זייערע אינטערעסירן מיך נישט. איך הער זיי נישט. נישט דערפֿאַר וויַיַל איך האַלט זיך גרויס און פֿאַר קליגער פֿון אַלעמען, נאָר פשוט – וויַיַל איך ווייס, אַז דאָס וואָס כ'וועל נישט אַרויסשעפן פֿון זיך, וועט קיינער נישט טאָן; דאָס וואָס כ'וועל אַליין נישט באַשאַפֿן וועט אויף אייביק פֿאַרפֿאַלן ווערן. איך האָב אַזוי פֿיל פֿאַרזען און פֿאַרטאַכלעוועט. איצט, [אין די געשענקטע יאָרן], מוז איך ראַטעווען וואָס איך קען. קיינעם וועל איך מער נישט לאָזן מיר שטערן אין דעם. דער ייִדישער פאָעט אפרים אויערבאַך האָט דאָס אַלט ווערן אָנגערופֿן "גאָלדענע שקיעה". אַזאַ נאָמען האָט ער געגעבן צו לעצטע לידער וואָס ער האָט דאָ געשריבן. איך בין מסכים מיט אים, אַז דאָס איז אַ גאָלדענע ציַיַט, אָבער נישט קיין שקיעה. גיכער איז דאָס אַ גאָלדעהער האַרבסט. אפרים אויערבאַך, מיַיַן שכן אין זיַיַנע לעצטע יאָרן, האָט אין תל-אביב אָפגעאָטעמט נאָך די יאָרן פֿון דער טומלדיקער זשורנאַליסטישער אַרבעט אין אַ ניו-יאָרקער ייִדישער ציַיַטונג. אין דער גרינער אַלעע, וואָס ציט זיך פֿון מיר צו זיַיַן הויז, פֿלעג איך אים טרעפֿן אויף אַ באַנק מיט אַ בוך אין האַנט. איין מאָל, ווען כ'בין צוגעקומען צו אים, האָב איך דערזען, אַז ער האַלט אין האַנט מיַיַן בוך לידער, וואָס איז נאָר וואָס אַרויס און איך האָב עס אים געשענקט. דאָס בוך האָט זיך אָנגעהויבן מיט די שורות: באַפֿריַיַט פֿון נאָמען און פֿון יעדן סימן, אַ פשוטער, אָן יחוס און אָן שטאַם – אין גראָער אומבאַקאַנטקיַיַט לאָז מיך שווימען, אַ מינדסטער טראָפן אינעם גרויסן ים. אין אַ קורצע ציַיַט אַרום איז אפרים אויערבאַך געשטאָרבן. אויף זיַיַן שריַיַבטיש האָט מען געפֿונען דאָס דאָזיקע ליד, דאָס גאַנצע, איבערגעשריבן מיט זיַיַן האַנט. חנה, זיַיַן פֿרוי, האָט געמיינט, אַז דאָס ליד איז זיַיַנס, און זי האָט עס געלייענט, ווי דעם נפטרס לעצטע שורות, אויף אַן אָוונט צו די שלושים נאָך זיַיַן טויט. אַ סך מענטשן אויפֿן זאַל און אויף דער טריבונע האָבן געוווּסט וועמענס דאָס ליד איז. צו מאָרגנס האָט די אלמה טעלעפֿאָנירט צו מיר און מיך איבערגעבעטן צוליב איר טעות. איך האָב זי באַרויִקט: פֿאַר מיר איז דאָס געווען אַ דערהייבנדיקער מאָמענט, כ'האָב דערפֿילט, אַז מיט מיַיַן ליד האָט ער ווידער זיך אָנגעקניפט בצרור החיים, טאַקע אַ דאַנק איינעם פֿון יענע באַהאַלטנקיַיַטן וואָס מיר איז געלונגען אַרויסצוברענגען פֿון די טיפֿענישן, ווען מיר האָט נישט געשטערט דאָס גערויש פֿונעם דרויסן. אָבער לאָמיר זיך אומקערן צום ענין מיט די "אָפגעריסנקיַיַט" פֿון דער סביבה. פֿאַר דער ציַיַט וואָס מיר גיפֿינען זיך אין לאַנד איז דער רוב פֿון אונדזערע קרובים און פֿריַיַנד געשטאָרבן. ניַיַע באַקאַנטע זענען צוגעקומען, אָבער זיי זענען נישט פֿון דעם מין וואָס ווערן פֿריַיַנד, און אַוודאי נישט גוטע-פֿריַיַנד. טאָ ווי איז מעגלעך נישט צו ווערן אָפגעריסן, נישט צו דערשפירן אַרום זיך אַ ליידיקיַיַט? צווישן די געשטאָרבענע זענען געווען די נאָענטסטע – משפחה און איבערגעגעבענע גוטע-פֿריַיַנד. אַ טייל פֿון די געבליבענע האָבן זיך דערוויַיַטערט, צוליב צוויי טעמים. ערשטנס, וויַיַל איך האָב זיך אָפגערוקט פֿון זיי, און יענע האָבן מיר אָפגעצאָלט מיטן זעלבן. צווייטנס, האָבן געוויסע באַקאַנטע אָנגעהויבן זעלטענער זיך פֿאַרבינדן מיט מיר, וויַיַל איך בין זיי מער נישט נייטיק געווען, און נישט נייטיק געוואָרן בין איך, וויַיַל איך אַליין האָב זיך אַרויסגעצויגן פֿון די "קהלישע" ענינים – איך בין אַוועק פֿון יעדער אַקטיווער טעטיקיַיַט צווישן די שריַיַבערס; כ'האָב פשוט פֿאַרלוירן דעם אינטערעס צו דעם. כ'האָב אויפֿגעהערט צו קומען אויף די פֿאַרזאַמלונגען און ליטעראַרישע אָוונטן אין שריַיַבער-פֿאַריין. איך בין געוואָרן ווייניקער געזען און אָנגעזען, און ס'איז געוואָרן נאַטירלעך, אַז מע זאָל מיך ווייניקער געדענקען. אין משך פֿון די לעצטע יאָרן איז געקומען פֿון ראַטן-פֿאַרבאַנד אַ גרופע ייִדישע שריַיַבערס. זייער צאָל איז געווען אַן אָנגעזעענע און צוליב זייער אויסגעהונגערטקיַיַט נאָך ליטעראַרישע טעטיקיַיַט, סיַיַ שאַפֿערישער, סיַיַ געזעלשאַפֿטלעכער, האָבן זיי פֿאַרנומען אַ ריי ליידיק-געוואָרענע פלעצער. [און טייל מאָל אויך אַרויסגעשטופט אַנדערע, פֿון די פֿריִער געקומענע. ביַיַ אַ טייל פֿון די פאָעטן – און זיי זענען די מערהיַיַט צווישן די געקומענע – דאָמינירט דער פֿאָלקלאָריסטישער טאָן, וואָס איז געווען פֿרעמד דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור אויסערן ראַטן-פֿאַרבאַנד. ס'איז שווער צו גלייבן, אַז אין זייער עלטער זאָלן זיי בכוח זיַיַן זיך איבערצואָריענטירן און ווערן נענטער צום הויפטשטראָם פֿון דער ייִדישער פאָעזיע אין דער וועלט. דאָס זעלבע קען מען זאָגן וועגן דער פראָזע פֿון די סאָוויעטישע עולים-שריַיַבערס. זייערע דערציילונגען און ראָמאַנען זענען אַן עפיגאָניזם פֿון די ייִדישע קלאַסיקערס פֿלוס בערגעלסאָן, דער נסתר, איציק קיפניס. זיי אַלע, די פאָעטן, פראָזאַיקערס און אויך די אַזוי גערופֿענע "ליטעראַטאָרן" – קריטיקערס, רעצענזענטן און וועגן-ליטעראַטור-שריַיַבערס, האָבן אַריַיַנגעבראַכט אין דער ייִדיש-ליטעראַרישער סביבה די גיריקיַיַט נאָך דערגרייכונגען און דאָס נישט קאָנטראָלירטע קאָנקורענץ גיוג – אַ רעזולטאַט פֿון סאָוויעטישע השפעות, פֿונעם אַמאָליקן שטייגער לעבן. קיין סימפאַטיע האָבן זיי נישט אַרויסגערופֿן און צו קיין אויפֿריכטיקער פֿריַיַנדשאַפֿט האָבן זיי נישט אָנגערעגט. די פֿון ראַטן-פֿאַרבאַנד געקומענע שריַיַבער האָבן זיך געוואָרפֿן אויף די בענקלעך אין שריַיַבער-פֿאַריין און אין די זשורי-קאָמיטעטן פֿון די ???? (ע"מ 107, שורה ראשונה) פרעמיעס, און אויך דאָס האָט געפֿירט צום דערוויַיַטערן זיך פֿון זיי.] אָבער איך געדענק נאָך מיט וואָסער דערוואַרטן איך האָב אויסגעקוקט די ייִדישע שריַיַבערס פֿון ראַטן-פֿאַרבאַנד אין די ערשטע 70ער יאָרן. מיט אַ קורצער ציַיַט פֿריִער האָב איך נאָך נישט געגלייבט, אַז איך זאָל זוכה זיַיַן צו זען פֿאַר זיך אַ לעבעדיקן סאָוויעטישן ייִדישן שריַיַבער. כמעט אַלע האָבן זיי איבערגעלאָזט אין האַרץ אַ וואַרעם משפחהדיק געפֿיל און אַ ווייטיק צוליב זייער גורל. און אָט האָבן זיי אָנגעהויבן אָנקומען קיין ישראל מיט פֿאַרטרערטע אויגן און ענטוזיאַסטישע פֿערזן. מיר האָבן זיי פֿאַרשטאַנען און געפֿילט, מיר האָבן געוווּסט ווי אויסגעבענקט זיי זענען נאָך אַ פֿריַיַער ייִדישער סביבה, נאָך אַ ביסל ריינע לופֿט, אַ נישט פֿאַרסמטער פֿון כוליגאַנישער קריטיק און חנופהדיקע מעטאַפֿאָרעס. אָבער ביסלעכוויַיַז איז אַ טייל פֿון זיי אַריַיַן אין דער היגער סביבה און אַטמאָספֿער. זייער קאָנטאַקט מיט מיר איז געוואָרן שוואַכער – פונקט ווי מיַיַן סענטימענט צו זיי. [ביסלעכוויַיַז האָבן מיר אָנגעהויבן זיך אַנטוישן און אָפקילן. נאָך איידער די געהויבענע טעג האָבן זיך געענדיקט, האָבן די געקומענע אָנגעהויבן באַרעדן די אַנדערע סאָוויעטישע ייִדישע שריַיַבערס, מיינסטנס די עלטערע, די אומגעבראַכטע, די קרבנות. דאָס איז פֿאַר אונדז שווער געווען צו הערן. איך האָב פֿאַרלוירן כמעט דעם קאָנטאַקט מיט די שריַיַבערס פֿון ראַטן-פֿאַרבאַנד – מיטן אויסנאַם פֿון אַ גרופע פאָעטן, וואָס לעבן איצט אין ירושלים. וואָס שייך די פֿריערדיקע שריַיַבערס, די "וותיקים", האָבן זיי אָפגעשטויסן מיט זייער זעלבסט-באַרימעריַיַ. איינער מאַכט דאָס אויף אַ "קאַמעראַלן" אופן, ווען ער זיצט מיט אַ חבר ביַיַ אַ גלעזל טיי, אָדער דורך זיַיַנע אָנגעשטעלטע ?????? (ע"מ 107, שורה 18 מלמעלה), און דער צווייטער טוט דאָס בריש גלי, אויף עפֿנטלעכע ליטעראַרישע אָוונטן. ער וואַרט נישט ביז אַנדערע וועלן אים לויבן, נאָר ער שטעלט זיך אַליין פֿאָר. אַרום די ביידע רויעט עס מיט דילעטאַנטן און חנפנים, און אַז מע פֿאַלט אַ מאָל אַריַיַן צווישן זיי, איז שווער צו פֿאַרטראָגן דעם ריח. וואָס זשע זאָל טאָן אַזאַ ווי איך? איך בין טאַקע נישט דער איינציקער צדיק. אין תוך בין איך אויך אַ נישט-פֿאַרגינער און איך דאַרף זיך אָנטאָן אַ כוח צו באַגריסן אַנדערע שריַיַבער מיט זייערע דערגרייכונגען. איך קען אָבער בשום אופן נישט פֿאַרטראָגן זייער גיריקיַיַט, דאָס כסדרדיקע קלעטערן זייערס איבער די פלייצעס פֿון אַנדערע. איין מאָל, איך בין דעמאָלט נאָך געווען אַ מיטגליד אין דעם פֿאַרוואַלטונג פֿונעם שריַיַבער-פֿאַריין, האָב איך מער שוין נישט געקענט אויסהאַלטן – און כ'האָב אויפֿגעהערט צו קומען אויף די זיצונגען. פֿון דעמאָלט אָן איז מען זיך נוקם אין מיר, אַז אָך און וויי! אין די "גוטע ציַיַטן" נאָך האָט מיך אַ מאָל איינער פֿון די אויבן דערמאָנטע אָפגעפֿירט אַהיים אין זיַיַן אויטאָ נאָך אַ וויזיט ביַיַ אים אין שטוב. ס'איז געווען שוין אַ זייגער צוויי ביַיַ נאַכט. מע האָט גערעדט וועגן די שריַיַבערישע מעטאָדן – פֿון אויפֿפֿירן זיך, נישט פֿון שריַיַבן. איך האָב יענעם געפֿרעגט גענוג תמעוואַטע: "זאָגט מיר, צו וואָס טוען זיי דאָס? צי פֿאַרגעסן זיי וווּ זיי וועלן זיַיַן אין צוואַנציק יאָר אַרום"? מיַיַן אָפפֿירער האָט זיך צעלאַכט: "אוי, ווי נאַיִוו איר זענט! איר קענט נישט דעם כוח פֿון כבוד. כל זמן דער יצר-הרע זשיפעט נאָך, איז דאָס זיַיַן לעצטער דריגע". ער האָט געוווּסט וואָס ער רעדט. דאָס מאָל האָט ער געזאָגט דעם גאַנצן אמת.]
דעם 15טן אָקטאָבער. מיַיַן טאָגבוך איז געוואָרן מער "איצטיק", דאָס הייסט – מער רכילותדיק און ווייניקער אינטערעסאַנט. פֿאַר וואָס טאַקע קער איך זיך נישט אום אין ראַטן-פֿאַרבאַנד? צי דאַרף איך שוין אַהין אַ וויזע? איך האָב דאָך זיך באַרימט, אַז אַהין האָב איך אַ פֿריַיַען וועג – אין חלום און אין דמיון. צוויי סיבות כענען זיַיַן: איינע, אַס ס'איז מיר דערעסן געוואָרן; די צווייטע, אַז כ'בין נישט צופֿרידן מיט די "ריַיַזעס", אַז די פֿריערדיקע "באַזוכן" האָבן מיך נישט צופֿרידנגעשטעלט. איך האָב נישט דערגרייכט צו די וויכטיקסטע ערטער. איך ווייס, אַז אַ סך מאָל האָבן מיַיַנע ביז איצטיקע שילדערונגען געהאַט דעם טאָן פֿון אָפרעדן זיך פֿון האַרץ, פֿון באַקלאָגן זיך. [דאָס מיינט: מרחם זיַיַן אויף זיך און באַשולדיקן] יענעמען. קען שריַיַבן דעם [גאַנצן] אמת, און עס זאָל קלינגען פֿאַלשיק. אויך אין דעם זשאַנער איז דער טאָן זייער וויכטיק. אַז דאָס איז אַזוי אין פראָזע און אין פאָעזיע – ווייסן די מבינים שוין פֿון לאַנג. אָבער עס מאַכט נישט אויס, אַז איך פֿאַרשפעטיק דאָס מאָל מיט מיַיַן "ריַיַזע" אין ראַטן-פֿאַרבאַנד. אַלץ איז דאָרט אויפֿן אָרט. קיין שום זאַך ענדערט זיך נישט שנעל אין דעם לאַנד פֿון רעוואָלוציע... די שקרים ווערן איַיַנגעפאַקט אין רויטע פאַטריאָטישע עטיקעטן. אויף דער טריבונע פֿונעם לענין-מאַוזאָליי שטייען די אַלטע און אויסגעפרוּווטע און זיי נעמען אויף דעם מיליאָן מאַניפֿעסטאַנטן. און אין די פֿאַרשנייטע וועלדער האַקט מען די ביימער. די מענטשן וואָס פֿאַלן, ווערן פֿאַרשטיַיַפֿט אין פֿערציקגראַדיקן פֿראָסט און זיי וועלן דאָרט ליגן ווי די מומיעס ביז פֿרילינג. איינער פֿון זיי איז מיַיַן ברודער לייבוש, דער פֿאַרשיקטער אין קאָמי. זיי בליַיַבן ליגן פֿאַרפֿרוירענע, און דער שלעכטער ריח וועט, חלילה, נישט דערגיין קיין מאָסקווע. דאָרט קריגט מען צו קויפֿן יעדן ערב יום-טוב וויַיַסע זעמעלעך און פוטער. מאָראָזשענע איז פֿאַראַן אומעטום, אין אַלע שטעט, ברויטקוואַס – אויך. אַלץ איז דאָרט אויפֿן אָרט. אין קאָמי ליגט מיַיַן עלטסטער ברודער לייבוש. ער האָט קוים באַוויזן צו גרייכן מיטן עטאַפ אין דעם "צוגעזאָגטן לאַנד", אָבער די פֿיס זענען אים געשוואָלן געוואָרן, מע האָט אים אַוועקגענומען אין אַ שפיטאָל – און דאָס איז אַלץ וואָס כ'האָב זיך דערוווּסט וועגן אים אין זיַיַן איינציקן קאַרטל ערב דער מלחמה פֿונעם 41טן יאָר. פֿייגע, גאָלדעס מאַמע, ליגט אין אַלמאַ-אַטאַ און זי געניסט פֿון דער אייביקער רו צופֿוסנס פֿון די פֿאַרשנייטע בערג. קיינער שטערט נישט, קיינער קומט נישט באַזוכן. אפילו גאָלדע, איר יונגסטע און באַליבסטע טאָכטער, איז וויַיַט פֿון איר: זי ליגט אויפֿן בית-עולם אין מאָסקווע. צו איר קום איך אויף מיַיַנע "אומלעגאַלע ריַיַזעס" אין חלום. זי פֿרעגט מיך וועגן קינד, וועגן דינהלען: צי די גאָלדענע האָר וואָס מ'האָט איר אָפגעשניטן אין דער קינדערהיים זענען שוין צוריק אָנגעוואַקסן, צי זי לאַכט, צי זי רעדט און צי זי דערמאָנט די מאַמע. זי פֿרעגט און פֿרעגט, און איך שוויַיַג. מיר איז שווער, וויַיַל איך פֿיל כסדר, אַז איך האָב איר געטאָן אַן עוולה. אָבער גאָלדע איז נישט בייז אויף מיר. און טאַקע וויַיַל זי איז נישט בייז, איז מיר אַזוי שווער. די שווערקיַיַט אויפֿן האַרץ בליַיַבט אויך דעמאָלט ווען איך דערוואַך. הדסה האָט אָנגעהויבן לערנען שלום-עליכמס "שיר השירים", די געשיכטע פֿון אַ יוגנט-ליבע. בוזי האָט זי געהייסן, דאָס מיידל מיט די בלאָע אויגן. אין מיַיַן דערציילונג וועגן גאָלדען איז אויך דער רעפֿריין אַ טרויעריקער, און ער דערציילט זיך אַזוי אַנדערש: איר פֿאָטער איז אויך יונג געשטאָרבן, אָבער [נישט דערטרונקען געוואָרן, נאָר] פֿון טובערקולאָז. איר מאַמע האָט קיין צווייט מאָל נישט חתונה געהאַט, נאָר זיך פֿאַרנומען מיט די דריַיַ קינדער – אַלע מיידלעך. זי האָט אָפגעהאָרעוועט פֿאַר זיי אירע יונגע יאָרן, דערצויגן, חתונה געמאַכט. צווי פֿון די טעכטער האָבן די דיַיַטשן דערהרגעט אין סלאָנים, צוזאַמען מיט זייערע קליינע קינדער. די יינגסטע, גאָלדע מיט די בלאָע אויגן, איז געשטאָרבן אין מאָסקווע. און זי, פֿייגע די מאַמע, איז געבליבן אין אַלמאַ-אַטאַ – איינע אַליין. דער חלום איז בטבע אַ גוטער, ער קומט אָפֿט צוריק, ער חזרט זיך איבער, אָבער ער קען אויך זיַיַן אַן אכזר: זיך איבערהאַקן אין מיטן און נישט לאָזן מיך אַלץ דערציילן. איך וואָלט גאָלדען דערציילט, אַז דינהלען זענען צוריק אָנגעוואַקסן די גאָלדענע האָר; אַז זי אַליין האָט שוין אַ מיידעלע, און מע רופֿט זי גלי, און דאָס איז אייגנטלעך גאָלדעלע. די איצטיקע גאָלדעלע לעבט אין ישראל, זי רעדט העברעיִש און זי לערנט זיך ייִדיש. איך האָב געהערט, ווי זי לייענט אויפֿן קול מיַיַנס אַ ליד. ["חבר מיַיַנער, קום שפאַצירן".] "וואַרט נאָר, דוכט זיך, אַז דו קענסט נישט דאָס ליד. איך האָב עס שוין געשריבן אין וואַרשע, דריַיַ יאָר נאָך דעם ווי איך האָב דיך איבערגעלאָזט אויף דער רוסישער ערד" – – דער סוף דאָ איז אויך טרויעריק, אפשר נאָך טרויעריקער ווי אין דער געשיכטע וועגן בוזי. בוזי איז געבליבן לעבן. זי האָט בלויז חתונה געהאַט מיט אַן אַנדערן, נישט מיט דעם וואָס זי האָט ליב געהאַט. גאָלדע איז געשטאָרבן און זי ווייסט נישט וואָס ס'איז געוואָרן מיט דינהלען. דער חלום ריַיַסט זיך איבער אין דער מיט. יאָ, יעדער סוף איז טרויעריק. שלום-עליכם האָט זיך געראַטעוועט מיטן אָנהייב, אָבער אויך דער אָנהייב איז אפילו ביַיַ אים טרויעריק. אין תוך איז דאָך אַלץ ביַיַ אים טרויעריק, כאָטש מע לאַכט. ווען מע ענדיקט זיַיַנע מעשיות און מע האָט פֿיַיַכטע אויגן, ווייסט מען נישט, צי דאָס איז פֿון לאַכן, צי פֿון וויינען. ייִדיש איז שוין אַזאַ לשון, אַז אַלץ, וואָס עס ווערט אין אים אָנגעשריבן, איז פֿריילעך און טרויעריק צוזאַמען. און מיר בליַיַבט נישט קיין אַנדערע ברירה: איך וועל וויַיַטער מאַכן מיַיַנע געהיימע "ריַיַזעס" אין דעם לאַנד פֿון די גרויזאַמע מענטשן און ווינטן. איך האָב דאָרט איבערגעלאָזן און באַהאַלטן אַ טייל פֿון זיך – אויף אייביק. נאָך דעם סקאַנדאַל צוליב די קאָטלעטן, וואָס מ'האָט איר נישט געגעבן אין יענעם רעסטאָראַן מיטן ייִדישן פֿאַרוואַלטער, האָט די באַלעבאָסטע ניוראַ אָנגעהויבן אונדז אָנטאָן געברענטע צרות. אַלע אירע ביטערנישן האָט זי אויסגעלאָזן צו אונדז. ביַיַ נאַכט אויף איר געלעגער, איידער זי איז איַיַנגעשלאָפֿן, פֿלעגט זי, ווי קלומרשט צו זיך אַליין, אויסרעדן אויפֿן רעזשים אסור לדבר, און די גרעסטע פאָרציע האָבן אַריַיַנגעכאַפט די זשידעס. נאָך גוט, וואָס זי האָט נישט געקענט זאָגן, אַז די ייִדן לעבט זיך גוט. זי האָט דאָך געזען אונדזער מערכה ביַיַ זיך אין שטוב. אָבער פֿאַראַנטוואָרטלעך זענען מיר געווען פֿאַר אַלע ייִדן, און דער עיקר – פֿאַר סאַמע גלאַוונעם "האַדגי טשעלאָוויעק" – סטאַלין, וואָס איז, לויט אירע אינפֿאָרמאַציעס, אויך געווען אַ ייִד. זי האָט דערציילט, אַז איר פֿאָטער, וואָס איז געוואָרן פֿאַרשיקט אין סיביר, איז דאָרט געזעסן צוזאַמען מיט סטאַלינען, און דערפֿאַר ווייסט ער אַלץ וועגן אים... פֿאַר טאָג האָב איך געדאַרפֿט אויפֿשטיין און אַרויסגיין צו דער אַרבעט. דער וועג צו דער פֿאַבריק איז געווען אַ לאַנגער, אַ שווערער. ניוראַס זידלעריַיַן און קללות האָבן מיך נישט געלאָזט שלאָפֿן. איין מאָל, אין מיטן נאַכט, איז מיר נימאס געוואָרן דאָס מאַטערן זיך. כ'האָב זיך אָנגעטאָן און אַוועק אין פֿאַבריק. דער אַריַיַנגאַנג איז נאָך געווען פֿאַרמאַכט, אָבער דער וועכטער האָט מיך דערקענט. ער האָט מיר דערלויבט אַריַיַנצוגיין צום הייצער און דאָרט איבערזיצן די נאַכט, ביז מע וועט זיך שטעלן צו דער אַרבעט. וואַרעם איז דאָרט געווען, שוין אַ ביסל צו וואַרעם. כ'בין געלעגן אין אַ נישע פֿון דער "קאַטשעגאַרקע", און אַז דער הייצער האָט אַריַיַנגעוואָרפֿן אין אויוון אַ פֿרישע פאָרציע סאַקסאַול, האָט דער פֿלאַם כמעט אַ לעק געטאָן מיַיַן פנים. צרות האָב איך געהאַט פֿון די ווערים. זיי האָבן אויך ליב געהאַט דאָס וואַרעמע ווינקל און זיך דאָרט געווידמעט און געמערט. איך געדענק די געלע און לאַנגע שרצים מיט די שפיציקע וואָנצעס, ווי זיי שמאָרען אַרום איבער מיַיַן גוף. אָבער איך האָב זיך צוגעוויינט צו דעם און איַיַנגעדרעמלט. אין דער פֿרי בין איך אַריַיַן צום דירעקטאָר מיכאַילאָוו און כ'האָב אים דערציילט וועגן מיַיַנע צרות. ער האָט מיר געזאָגט, אַז ער וועט איבערלאָזן ביַיַם וועכטער דעם שליסל פֿון זיַיַן קאַבינעט, און ביַיַ נאַכט וועל איך קענען אַריַיַנגיין אַהין און לייגן זיך אויף דער סאָפֿקע. גאָלדע איז געקומען און געבראַכט מיר אַ קאָלדרע און דאָס ציינבערשטל מיט אַ האַנטוך. די זאַכן האָט זי געבראַכט פֿאַר מיר צו אפרים קאַגאַנאָווסקין. ער האָט געוויונט אינעם הויז פֿונעם שריַיַבער-פֿאַריין. איך האָב מיט איר זיך נישט געזען, וויַיַל זי איז געקומען אין דער ציַיַט ווען כ'האָב געאַרבעט. אין אָוונט בין איך אַריַיַנגעקומען צו קאַגאַנאָווסקין. זיַיַן וויַיַב האָט זיך באַקלאָגט פֿאַר מיר, אַז גאָלדע האָט אָנגעטראָגן אַ בלאָטע אין צימער. "וואָס זענען דאָס פֿאַר אַ שיך וואָס זי טראָגט? – האָט זי געטענהט – זיי נעמען אויף זיך דעם גאַנצן שניי פֿון אַלמאַ-אַטאַ". וואָס פֿאַר אַ שיך טאַקע זענען דאָס געווען? דאָס זענען געווען די שיך פֿון דער באַרימטער סקאָראָכאָד-פֿאַבריק אין לענינגראַד. איך האָב זיי געכאַפט ווי אַ מציאה אין אַ קראָם פֿון נאָוואָ-אוזענסק. צום ערשטן מאָל האָב איך זיי אָנגעטאָן לכבוד דעם ערשטן מאַי, אין אַלמאַ-אַטאַ, ווען כ'האָב געדאַרפֿט זיך באַטייליקן אין דער דעמאָנסטראַציע מיט אַלע אַרבעטער פֿון פֿאַבריק. איידער נאָך איך האָב באַוויזן צו גרייכן צום זאַמלפונקט, איז אַן אָפצאַס פֿון איין שוך געבליבן שטעקן אין דער בלאָטע. די בלאָטע אין אַלמאַ-אַטאַ האָט געהאַט אַלע אייגנשאַפֿטן פֿון סמאָלע. ס'איז שווער געווען אַרויסצוקריכן פֿון איר. נאָכן פֿאַרריכטן די שיך האָב איך זי אַוועקגעגעבן גאָלדען. זי האָט געהוסט, געווען כסדר צוגעקילט. איך געדענק גוט די העסלעכע שיך אויף אירע שיינע פֿיס. ווי האָט מען די שווערע און אויבגעלומפערטע טשיזשמעס געקענט אָפרייניקן פֿון דער קאַזאַכישער בלאָטע? גאָלדע האָט מיר דערציילט ווי אַזוי קאַגאַנאָווסקיס וויַיַב האָט גענומען, פֿאַר אירע אויגן, רייניקן די פאָדלאָגע. זי האָט צוגעגעבן, אַז אפרים קאַגאַנאָווסקי אַליין איז געווען אין אַ פֿאַרלעגנהיַיַט און זיך גענומען פאָרען ביַיַ זיַיַן טיש, וואָס מ'האָט גענוצט בלויז צום עסן, וויַיַל קיין איין שורה האָט ער אין אַלמאַ-אַטאַ נישט אָנגעשריבן. ער האָט זיך פֿאַרענטפֿערט, אַז די פֿליגן שטערן אים, זיי ביַיַסן אים די הענט... סוף כל סוף האָט מען מיר פֿאַרווערט צו נעכטיקן אין דירעקטאָרס קאַבינעט. עס האָבן זיך געפֿונען נאָך בעלינים אויף נעכטיקן דאָרט. איין מאָל איז דאָרטן געבליבן שלאָפֿן אַ יונגע פֿרוי, וואָס האָט געוווינט וויַיַט הינטער דער שטאָט. זי האָט זיך געלייגט אויף דער באַנק, קעגן איבער מיר. זי האָט זיך באַקלאָגט, אַז דער מאַן איז שוין אָנדערהאַלבן יאָר אויפֿן פֿראָנט און זי האָט נישט קיין ידיעה פֿון אים. זי קען נישט זיַיַן אַליין, ביַיַ זיך אין שטוב ווערט זי משוגע. און איך האָב איר דערציילט וועגן זיך: אַז איך בין נישט אַליין. איך האָב אַ וויַיַב, אַ קליין קינד, [אָבער איך האָב זיי וואָכן שוין נישט געזען. איך האָב איר געזאָגט], אַז מיַיַן פֿרוי הוסט, אַז זי איז אויסגעדאַרט, אַז איך קען איר נישט העלפֿן. ס'איז שטיל געוואָרן. איידער זי איז איַיַנגעשלאָפֿן, האָט זי, כמעט שעפטשענדיק, אַ זאָג געטאָן: "פראָקליאַטאַיאַ וואָינאַ" גאָלדע האָט מיר צו וויסן געטאָן, אַז ניוראַ האָט זי איבערגעפֿירט אין אַ באַזונדער קעמערל, אין איר פֿריִערדיקן חזיר-שטעלכל. איך קען שוין קומען אַהיים, וויַיַל ניוראַ וועט מיר שוין מער נישט שטערן דעם שלאָף. איך בין צוריקגעגאַנגען אויף יומאַשעוואַ, צוריק צו וויַיַב און קינד. דאָס קליינע מיידעלע האָט שוין געוווּסט אַז איך דאַרף קומען אַהיים. גאָלדע האָט מיך אָפגעוואַרט מיטן קינד אויף דער האַנט. ווען דינהלע האָט מיך דערזען, האָט זי אַזש אַ טאַנץ געטאָן אויף גאָלדעס אָרעם און, דוכט זיך אַז צום ערשט מאָל, האָט זי אַרויסגעזאָגט דאָס וואָרט "פאַפאָטשקאַ". אין יענעם אָוונט איז אונדז גוט געווען, כאָטש מיר האָבן נישט געקענט אויסציִען די פֿיס אויפֿן געלעגער אין דעם קליינעם שטעלכל. אונדז איז גוט געווען אומעטום, אויב מיר זענען נאָר געווען צוזאַמען: אין וואַגאָן בעתן אַנטלויפֿן פֿון ביאַליסטאָק, אין שיַיַער ביַיַם היישניט אויף די פֿעלדער פֿונעם קיראָוו-קאָלכאָז, און אומעטום וווּ מ'האָט אונדז נאָר געלאָזט אַוועקלייגן זיך צוזאַמען. די ערד איז פֿאַר אונדז קיין מאָל נישט צו האַרט געווען. – – זומער 1943 האָבן מיר געקריגן אַ בריוו פֿון לייב קוויטקאָ, אַז זיַיַן טאָכטער יעטאַ, וואָס פֿאַרנעמט אַ קליין צימערל אין אַ גרויסע דירה אויף פֿורמאַנאָוואַ-גאַס, קליַיַבט זיך צוריקצופֿאָרן אַהיים קיין מאָסקווע. ער ראָט מיך אַריַיַנצוגיין מיט מיַיַן משפחה אין דעם צימערל תיכף ווי זי וועט אים פֿאַרלאָזן. די טאָכטער וועט נישט מעלדן אין וווינונגאַמט, אָז זי פֿאָרט אַוועק. אַז מיר וועלן דאָרט זיצן, וועט מען אונדז שוין נישט אַרויסוואַרפֿן. די דירה האָט זיך געפֿונען אין אַ גרויס מאָדערן הויז וואָס האָט אָנגעהערט צום סאָוויעטישן באַרג-אינסטיטוט. געוויינטלעך האָבן דאָרט געוווינט וויסנשאַפֿטלעכע אַרבעטער, פראָפֿעסאָרן פֿונעם באַרג-אינסטיטוט, אָבער בעת דער מלחמה האָט מען אַריַיַנגעזעצט אַהין אויך פליטים פֿון מערב-רוסלאַנד, דער עיקר פֿון לענינגראַד, מענטשן מיט פֿריַיַע פראָפֿעסיעס. לייב קוויטקאָ, אַן אָנגעזעענער סאָוויעטישער פאָעט, אַן אָרדען-טראָגער, האָט אין דער אָ קאַטעגאָריע באַקומען דאָרט אַ טייל פֿון אַ דירה בעת ער האָט זיך עוואַקויִרט פֿון מאָסקווע קיין אַלמאַ-אַטאַ. נאָכן פֿאַרטריַיַבן די דיַיַטשן פֿון הינטער מאָסקווע, איז לייב קוויטקאָ צוריקגעפֿאָרן מיט זיַיַן פֿרוי קיין מאָסקווע. זיַיַן טאָכטער האָט שטודירט אין אַלמאַ-אַטאַ. זי האָט נאָך געדאַרפֿט בליַיַבן דאָרט אַ ציַיַט, און זי איז אַריבער וווינען אין דעם קלענסטן צימערל פֿון דער וווינונג. דאָס איז אייגנטלעך געווען אַ ווינקל פֿאַר דער הויז-דינערין. אין דעם אָ צימערל האָבן מיר געזאָלט אַריַיַנגיין, אָן אַ דערלויבעניש פֿונעם וווינונג-אַמט, אָן אַן אָרדער – דאָס הייסט אומגעזעצלעך. אָבער מיר האָבן דאָס געטאָן. יאָרן בין איך געגאַנגען אין וווינונג-אָפטייל פֿון דער שטאָט, געשטאַנען האַלבע טעג אין דער ריי, אין געדראַנג, און קוים זיך דערשלאָגן צום ליַיַטער פֿון דער אַמט. אויפֿן סמך פֿון אַ פֿאַראָרדענונג פֿונעם שטאָטראַט, אַז מע דאַרף מיר געבן אַ געהעריקן וווין-שטח "אין דער ערשטער ריי", האָב איך געפֿאָדערט אַז די אַדמיניסטראַציע זאָל אויספֿירן דעם באַפֿעל. דער פֿאַרוואַלטער האָט זיך אויסגעלאַכט פֿון די באַפֿעלן און פֿאַראָרדענונגען. ער האָט מיך יעדעס מאָל געהייסן קומען שפעטער – אין אַ וואָך, אין אַ חודש אַרום. ווען דינהלע איז געבוירן געוואָרן, בין איך ווידער אַוועק צום נאַטשאַלניק און געטענהט, אַז ווען כ'האָב אָפגעגעבן מיַיַן ביטע, זענען מיר געווען אַ משפחה פֿון דריַיַ פערזאָן, איצט זענען מיר שוין פֿיר – און דער צוזאָג איז געבליבן אויפֿן פאַפיר. דער אָנפֿירער פֿונעם אַמט האָט זיך געוויצלט: "ביז דו וועסט קריגן אַ וווינונג, וועסטו זיַיַן אַ משפחה פֿון זיבן מענטשן". זיַיַנע מיטהעלפֿערס, די באַאַמטע, האָבן זיך אַזוי צעלאַכט, אַז די ווענט האָבן געציטערט... אין יענעם אָוונט, ווען יעטאַ קוויטקאָ האָט געדאַרפֿט פֿאַרלאָזן דאָס צימערל, זענען מיר אַוועק פֿון יומאַשעווא¬ַ-געסל. איך בין אַריַיַן אין דער ווויונונג ווען יעטאַ איז נאָך דאָרט געווען און פֿאַרענדיקט דאָס איַיַנפאַקן זיך. גאָלדע האָט דערוויַיַל זיך געדרייט אין דרויסן, מיטן קינד אויף דער האַנט. אַזוי איז געווען אָפגעשמועסט: ווען יעטאַ וועט אַוועקגיין, וועל איך עפֿענען די טיר פֿאַר גאָלדען מיטן קינד. נאָכן שטעלעכל אויף יומאַשעוואַ האָט דאָס קליינע צימערל אויסגעזען ביַיַ אונדז ווי אַ פאַלאַץ. מיר האָבן שוין נישט געדאַרפֿט שלאָפֿן איַיַנגעקורטשעט. דאָס בעט איז געווען גענוג ברייט און לאַנג פֿאַר אונדז ביידע. אויפֿן סופֿיט איז געהאָנגען אַן עלעקטריש לעמפל; אויף יומאַשעוואַ איז בכלל נישט געווען קיין עלעקטריש ליכט. באַלד אין דער פֿרי האָט זיך געיאַוועט די אַדמיניסטראַטאָרן פֿון דעם הויז – אַ יונגע, ענערגישע פֿרוי – און געפֿאָדערט, אַז מיר זאָלן טיכף פֿאַרלאָזן די וווינונג. מסתמא האָט עמיצער פֿון די אַנדערע לאָקאַטאָרן אין דער וווינונג אונדז אויסגעגעבן. איך האָב דער פֿרוי דערקלערט, אַז מיר וועלן דאָס צימערל נישט פֿאַרלאָזן. איך האָב אַ באַשלוס פֿון שטאָטראַט, אַז מע דאַרף אוינדז געבן אַ וווינונג "אין דער ערשטער ריי". אין עטלעכע טעג אַרום האָט מען מיך אַרויסגערופֿן אין דער פֿאַרוואַלטונג פֿונעם באַרג-אינסטיטוט. דער ראש פֿונעם אינסטיטוט האָט מיך געראָטן צו פֿאַרלאָזן דאָס פֿאַרכאַפטע צימער. איך האָב זיך לעגיטימירט פֿאַר אים ווי אַ מיטגליד פֿונעם סאָוויעטישן שריַיַבער-פֿאַרבאַנד – פֿון וועלכן אויך לייב קוויטקאָ איז אַ מיטגליד... דעמאָלט האָט ער העפֿלעך, אָבער שאַרף, גענומען מיך מוסרן: ווי פאַסט עס פֿאַר אַ סאָוויעטישן שריַיַבער צו גיין קעגן געזעץ און פֿאַרכאַפן פֿרעמד אייגנטום? די וווינונגען געהערן דעם באַרג-אינסטיטוט און זיי זענען באַשטימט פֿאַר די אַרבעטער פֿונעם אינסטיטוט. לייב קוויטקאָ איז נישט אַריַיַן אָן אַ דערלויבעניש. איך האָב אים געענטפֿערט, אַז פונקט ווי מ'האָט די דיַיַטשן פֿאַרטריבן פֿון מאָסקווע און פֿון סטאַלינגראַד, אַזוי וועט מען זיי בקרוב אויך פֿאַרטריַיַבן פֿון ביאַליסטאָק און פֿון וואַרשע, און דעמאָלט וועל איך צוריק איבערגעבן אין זיַיַן רשות דאָס צימער וואָס איך האָב פֿאַרכאַפט.
דעם 17טן אָקטאָבער. אַ שטורמישע נאַכט. די דונערן און בליצן האָבן נישט געלאָזט שלאָפֿן. דאָס איז די ערשטע ווינטער-נאַכט, כאָטש ס'איז אייגנטלעך נאָך האַרבסט, דער סוכות איז נאָך נישט אַדורך. די נאַכט איז געווען אין גאַנצן ענלעך צו אַ ווינטערדיקער. אויך איצט שמעקט דער פֿרימאָרגן מיט די ריחות פֿון נאָכן רעגן, ווי אין יאַנואַר. כ'בין איַיַנגעשלאָפֿן מיט קאָפווייטיק און ער האָט אָנגעהאַלטן אויך אין מיַיַן שלאָף. אפשר האָט מיך אויפֿגערודערט דאָס בילד פֿונעם ייִדישן לעבן אין ראַטן-פֿאַרבאַנד – אַ צונויפֿגעשטעלטער, אָבער אַ געלונגענער טעלעוויזיע פֿילם, וואָס האָט געוויזן פֿראַגמענטן פֿונעם ייִדישן קולטור-לעבן און אויך פֿונעם רעליגיעזן שטייגער אין דער סאָוויעטישער מדינה. 36 יאָר ווערט שוין זינט איך בין פֿון דאָרט אַוועק. די מענטשן וואָס כ'האָב געזען אין פֿילם זענען פֿון אַן אַנדער דאָר, און דאָך האָט זיך מיר געדוכט, אַז איך קען זיי אַלעמען. עפעס אַ ספעציפֿיש ליכט ליגט אַף די פנימער פֿון די סאָוויעטישע ייִדן, אַ ליכט פֿון רעזיגנאַציע – אפילו אויף די פנימער פֿון די יונגע, וואָס זענען "מורד במלכות" און טאַנצן האָראַ פֿאַר דער שול אין מאָסקווע. ווי מאָדנע דאָס זאָל נישט קלינגען, אָבער אויך אין דער רעדאַקציע "סאָוויעטיש היימלאַנד", וואָס מ'האָט געוויזן אין פֿילם, האָב איך געזען די אָ שיַיַן אויף די פנימער פֿון די רעדאַקטאָרן, אפילו אויפֿן פנים פֿונעם הויפט, פֿונעם סאַמע ערשטן. [אהרן ווערגעליס]. אים האָט מען געלאָזט רעדן. ער האָט געלייענט אַ געדרוקטן טעקסט, אַ מין דעקלאַראַציע, אַ דעפֿיניציע וועגן דעם, וואָס עס איז אַזוינס אַ סאָוויעטישער ייִד. אַ סאָוויעטישער ייִד איז אַזאַ ווי ער. דאָס איז דער מוסטער. ער איז געבוירן נאָך דער אָקטאָבער-רעוואָלוציע. איז דאָך קלאָר, אַז ער איז אַ סאָוויעטישער ייִד. נו, און די יונגע ייִדן, די צוואַנציק-יאָריקע, וואָס מע וויַיַזט ביַיַ די סדרים און אויף דער גאַס פֿאַר דער שול, די ייִנגלעך און מיידלעך, [וואָס וואָלטן געקענט זיַיַן אהרן ווערגעליס' אייניקלעך], זיי זענען דאָך געבוירענע וויַיַט נאָך דער אָקטאָבער-רעוואָלוציע, נאָר איצט לערנען זיי עברית און זיי ווילן פֿאָרן קיין ישראל – זיי זענען אויך סאָוויעטישע ייִדן? מע וואָלט זיי גופא געדאַרפֿט דאָס פֿרעגן, און געבן זיי אַליין די געלעגנהיַיַט צו ענטפֿערן, ווי מ'האָט עס געטאָן מיטן רעדאַקטאָר פֿון "סאָוויעטיש היימלאַנד". דער קאָפ האָט מיר אָנגעהויבן וויי טאָן און איך בין אַריַיַן אין בעט. מיט פֿאַרמאַכטע אויגן האָב איך זיך אומגעקערט קיין אַלמאַ-אַטאַ און גענומען ציִען דעם המשך פֿון דער נעכטיקער דערציילונג: איך האָב אופֿגעהערט אַרבעטן אין דער פֿוטערוואַרג-פֿאַבריק. כ'האָב אָנגעהיובן לעבן אויף די אויסשליסלעכע רעכט פֿון אַ שריַיַבער. אין ראַטן-פֿאַרבאַנד איז דאָס אַ פריווילעגירטע פאָזיציע. די אַפראָוויזאַציע פֿון וויסנשאַפֿטלעכע אַרבעטער און קינסטלער, צווישן זיי אויך שריַיַבערס, איז אַ ספעציעלע. זיי באַקומען צוגאַב-קאַרטלעך אויף אַ גרעסערער נאָרמע שפיַיַזפראָדוקטן און אויך טאַלאָנען אויף באַקליידונג. אויך די ייִדישע שריַיַבערס אין אַלמאַ-אַטאַ האָבן אָנגעהויבן באַקומען די צוגאַב-פראָדוקטן. פֿאַר דער קאַטעגאָריע פריווילעגירטע בירגער – וויסנשאַפֿט-אַרבעטער און קינסטלערס – איז געשטעלט געוואָרן צו דיספאָזיציע אַ ספעציעלער "פֿאַרמאַכטער" רעסטאָראַן. [אין דער פֿריַיַער ציַיַט פֿלעג איך זיצן אין דער שטאָטישער ביבליאָטעק און שריַיַבן דאָרט מיַיַנע לידער. אין דעם קליינעם צימערל אויף פֿורמאַנאָוואַ איז קיין פלאַץ פֿאַר דעם נישט געווען. דאָרט, אין דעם אַרבעט-צימער פֿון דער ביבליאָטעק, האָב איך זיך אומגעקערט צו דעם אמתן באַרוף פֿון די ייִדישע ווערטער, זי זענען געוואָרן דורכאויס ייִדיש.] אָבער די פֿאַרגרעסערטע שפיַיַזנאָרמע איז געקומען צו שפעט. אַלץ אָפֿטער איז גאָלדע אַוועקגעפֿאַלן אין הויכער היץ. מ'האָט איר אָנגעהויבן מאַכן אינטענסיווע אַנאַליזעס און דורכלויכטונגען. מיט ציטערניש האָבן מיר יעדעס מאָל געוואַרט אויף די רעזולטאַטן. גאָלדע האָט געוווּסט, אָז די קליינע, גראָע צעטלען מיט די מעדיצינישע טערמינען זענען דער אורטייל פֿאַר איר וויַיַטערדיקן אַרט לעבן: צי וועט זי מעגן האָבן אַ קאָנטאַקט מיטן קינד? צי איז זי נישט אָנשטעקנדיק? אַז אַלץ איז געווען אין אָרדענונג, פֿלעגט זי צוריקקומען מיט אַ רויִק פנים. איך האָב אָבער אָנגעהויבן באַמערקן, אַז זי קושט דינהלען אַלץ ווייניקער, און אויך פֿון מיַיַן מויל דרייט זי אַוועק אירע ליפן. איין מאָל איז זי צוריקגעקומען מיטן רעזולטאַט פֿון דער לעצטער אַנאַליז און זי האָט זיך אַוועקגעזעצט, נישט זאָגנדיק קיין וואָרט. דינהלע איז צוגעלאָפֿן צו איר, אויסגעשטרעקט די הענטלעך, אָבער די מאַמע האָט זי נישט גענומען אויף זיך. זי האָט איר בלויז געגלעט די געקריַיַזלטע גאָלדענע האָר. איך האָב שוין נישט געדאַרפֿט פֿרעגן. די טרערן וואָס זענען אָנגעלאָפֿן אין אירע אויגן, זענען שוין נישט געפֿאַלן איבער אירע באַקן, נאָר איבערן קאָפ פֿונעם קינד, ווען זי האָט זיך אָנגעבויגן איבער דעם. ביַיַ נאַכט האָב איך דערפֿילט דעם געזאַלצענעם טעם פֿון איר פנים. "איך מוז אַוועק אין שפיטאָל. איך טאָר נישט זיַיַן מיטן קינד. מיט דיר אויך נישט" אין עטלעכע טעג אַרום האָט גאָלדע איַיַנגעפאַקט אַ נאַכטהעמד, אַן אויסגעריבן האַנטעך, אַן אַלט פויליש בוך, עטלעכע פֿאָטאָגראַפֿיעס, אַ שטיקל געלע זייף און ציינפראָשעק מיט אַ ציינבערשטל. איך מיטן קינד האָבן זי באַגלייט צום שפיטאָל – וויַיַט אויסער דער שטאָט. דער טראַמוויַיַ האָט געטראַסקעט איבער די שינעס. מעגלעך, אַז ער איז געווען נאָך פֿון די צאַרישע ציַיַטן. יעדער טייל אין אים האָט זיך געוואָרפֿן און געשריגן. דאָס קינד איז געווען איבערגעשראָקן און געוויינט. ווען מיר זענען אַראָפ פֿונעם טראַמוויַיַ איז זי מיט אַ מאָל שטיל געוואָרן, אָבער ווען די מאַמע איז אַריַיַן אינעם טויער פֿון שפיטאָל, האָט דאָס קינד ווידער אָנגעהויבן וויינען. מיר זענען געווען אין אין דעם צימערל אויף פֿורמאַנאָוואַ – איך און דינהלע. גאָלדע איז מער נישט געווען מיט אונדז. איך פֿלעג עפעס אָפקאָכן אין דער בשותפותדיקער שטוביקע קיך און ברענגען עס אין שפיטאָל אַריַיַן. דאָס עסן דאָרט איז געווען זייער נישט געשמאַק און גאָלדע האָט אין גאַנצן נישט געהאַט קיין אַפעטיט. כמעט אַלע מאָל האָב איך אויף די וויזיטן אין שפיטאָל מיטגענומען דינהלען. איך האָב זי נישט געהאַט ביַיַ וועמען איבערצולאָזן. זי האָט נישט געקענט אָפגעוויינען זיך פֿון איר שרעק אויפֿן טראַמוויַיַ און געוויינט אהיינצוּוועגס און צוריק. אין שפיטאָל האָב איך שנעל איבערגעגעבן דאָס עסן פֿאַר גאָלדען און אַוועק. גאָלדע האָט נישט דערלויבט, אַז איך זאָל דאָס קינד אַריַיַנפֿירן צו איר. זי האָט געקוקט אויף איר דורכן פֿענצטער. דאָס קינד האָט זיך צוגעוויינט צו זיַיַן כסדר מיט מיר, און יעדעס מאָל ווען כ'האָב געדאַרפֿט אַרויסגיין פֿונעם צימער, האָט זי געמאַכט אַ געוואַלד. דינהלע האָט אָנגעהויבן גיין אין קינדער-גאָרטן. זי איז שוין אַלט געוואָרן צוויי יאָר. נישט אַזוי ליַיַכט איז אָנגעקומען צו באַקומען פֿאַר איר דעם פלאַץ אין קינדער-גאָרטן. געהאָלפֿן האָט אַ באַשטעטיקונג פֿון שפיטאָל אַז די מוטער איז קראַנק און געפֿינט זיך אין שפיטאָל. דער קינדער-גאָרטן האָט זיך טאַקע געפֿונען ממש אין אַ גאָרטן, נישט וויַיַט פֿון אונדזער הויז. ווען איך האָב זי געפֿירט אַריַיַן אין דער פֿרי, איז אַלץ געווען אין אָרדענונג. זי איז געווען מונטער. זי האָט ליב געהאַט צו גיין אַליין, באַזונדער, און נישט מע זאָל זי פֿירן ביַיַם הענטל, און גיין האָט זי גערן געהאַט דווקא אין מיטן גאַס. די דורכגייערס פֿלעגן זיך אָפשטעלן און קוקן ווי דאָס מענטש גייט – זי איז געווען קליין און די געקרויזטע גאָלדענע האָר האָבן פֿאַרנומען אַ היפשן חלק פֿון איר. זי האָט געמוזט אַרויסרופֿן אַ שמייכל ביַיַ די גרויע פֿאַרזאָרגטע מענטשן, וואָס האָבן געאַיילט אין די פֿרימאָרגנס. אָנגעהויבן האָבן זיך די צרות, ווען מיר זענען אָנגעקומען אין דעם קינדערהויז און אַ שוועסטער האָט זי גענומען איבערטוען אין די דאָרטיקע מלבושים, ווי עס האָט געפֿאָדערט דער רעגולאַמען. די קליינע האָט פֿאַרשטאַנען, אַז זי וועט דאָרט בליַיַבן און איך וועל אַוועקגיין. זי האָט אָנגעהויבן וויינען און שריַיַען. מיט פֿאַרגאָסענע אויגן האָט זי זיך געבעטן ביַיַ מיר: "פאַפאָטשקאַ, פאַפאָטשקאַ"... איך האָב צוגענומען אירע שטוביקע זאַכן און אַוועק. כ'בין שוין געווען וויַיַט-וויַיַט, ביַיַם אַרויסגאַנג פֿונעם גאָרטן, און כ'האָב אָלץ נאָך געהערט אירע געוואַלטן. די סצענע פֿלעגט זיך איבערחזרן יעדן טאָג. דאָס קינד האָט זיך נישט געקענט צוגעוויינען צו בליַיַבן אין דעם קינדער-גאָרטן אָן מיר. דערפֿאַר אָבער, ווען כ'בין געקומען מיטאָגציַיַט זי אָפנעמען, און זי האָט מיך דערזען גיין אויף דער שטעזשקע, איז זי מיר אַנטקעגנגעלאָפֿן מיט אַ גדולה. זי האָט זיך געפֿרייט ווען מ'האָט זי איבערגעטוען אין די שטוביקע קליידעלעך – און זי איז געגאַנגען מיט מיר אַהיים, אין מיטן פֿון דער אַספֿאַלטירטער גאַס, ווי זי האָט ליב געהאַט. זי האָט בשום אפן נישט געוואָלט גיין אויפֿן טראָטואַר. דער הויפט-לאָקאַטאָר פֿון אונדזער דירה איז געווען איינער פֿון די וויכטיקסטע פראָפֿעסאָרן פֿונעם באַרג-אינסטיטוט. צוזאַמען מיט זיַיַן פֿאַמיליע איז ער געקומען פֿון לענינגראַד אין יענער ציַיַט ווען די שטאָט איז געוואָרן באַלאַגערט פֿון די דיַיַטשן. אין דער משפחה האָט זיך אויך געפֿונען דעם פראָפֿעסאָרס מוטער – אַן עלטערע איידעלע פֿרוי, פֿון דער לענינגראַדער "ראַסע". זי איז געווען גוט דערצויגן, מיט גרויסשטאָטישע מאַניערן, און פֿון די שמועסן מיט איר האָט מען געקענט פֿאַרשטיין, אַז זי איז נישט אָן בילדונג. איך פֿלעג כאַפן מיט איר די שמועסן אין דער בשותפותדיקער קיך, בעת מיר האָבן זיך געפאָרעט ביַיַם צוגרייטן די מאכלים, זי – פֿאַר איר משפחה, און איך – פֿאַר דינהלען און פֿאַר גאָלדען אין שפיטאָל. זי האָט געוווּסט מיַיַן מצב. איך האָב איר דערציילט וועגן גאָלדען, וועגן שפיטאָל, ווי אַזוי מע באַהאַנדלט זי דאָרט. זי האָט געזען ווי שווער מיר איז, און כ'האָב געפֿילט אַז זי באַדויערט דאָס אויפֿריכטיק. אַ סך מאָל האָט זי געכאַפט אַ בליק אויפֿן קינד ווען כ'האָב געדאַרפֿט אַרויסלויפֿן אויף אַ מינוט עפעס קויפֿן. ס'איז געווען אַפריל. דער פֿרילינג אין אַלמאַ-אַטאַ קומט גענוג פֿרי. פֿון די נידעריקע בערג האָט אָנגעהויבן לויפֿן דאָס וואַסער פֿונעם טיַיַענדיקן שניי. די אַריקן אין די גאַסן זענען פֿול געוואָרן און ווי שטורמישע טיַיַכלעך געשטראָמט און גערוישט. אויפֿן האָרץ איז אָבער געלעגן דער שטיין פֿון דער וואַרשעווער בשורה. אין קיך בין איך געווען אין צווייען מיט דעם פראָפֿעסאָרס מוטער, מיר האָבן ביידע זיך געפאָרעט ביַיַ די טעפלעך. פלוצלינג טוט זי מיך אַ פֿרעג, צי כ'האָב שוין מצות אויף פסח. כ'האָב איר געענטפֿערט, אַז נישט. איך ווייס אפילו נישט וווּ מע קען עס באַקומען. זי האָט זיך שטאַרק פֿאַרוווּנדערט: וואָס הייסט, איך ווייס נישט? "דאָס איז דאָך ביַיַ איַיַך אַ וויכטיקער ריטואַל. מע מוז דאָך האָבן צו דעם קריסטלעך בלוט"... איך האָב נישט געגלייבט מיַיַנע אויערן. וואָס רעדט זי? אפשר מאַכט זי חוזק? אָבער די איידעלע פֿרוי זאָל מאַכן אַזעלכע וויצן? אין מיַיַן פֿאַרלוירנקיַיַט האָב איך גענומען שטאַמלען, און זי האָט גענומען פֿאַרגלעטן, ווי זי וואָלט מיך פֿאַרענטפֿערט: "נעמט זיך נישט איבער, קען זיַיַן אַז איר ווייסט נישט וועגן דעם... איר מוזט עס נישט וויסן, דאָס ווערט געמאַכט אין געהיים... דורך סעקטעס. און נישט אַלעמען איז דערלויבט צו זיַיַן דערביַיַ. אָבער איך ווייס עס אויף זיכער. איר מעגט מיר גלויבן"... כ'בין אַזוי צעטומלט געוואָרן, אַז כ'האָב איר נישט געקענט אָפענטפֿערן. אָן אַ וואָרט בין איך אַרויס פֿון קיך מיטן קליינעם טעפעלע. די אָ "פֿאַרטרוילעכע אינפֿאָרמאַציע" פֿון דער איידעלער לענינגראַדער פֿרוי געהער צו מיַיַנע שווערסטע דערפֿאַרונגען אין ראַטן-פֿאַרבאַנד. דאָס איז אויך געווען איינע פֿון מיַיַנע טרויעריקע סודות וואָס כ'האָב קיינעם נישט דערציילט. איך האָב זיך געשעמט. איז דאָס דער סאָוויעטישער מענטש? אַזוי פֿיל יאָרן נאָך דער רעוואָלוציע? איז טאַקע נישטאָ קיין וועזנטלעכער אונטערשייד צווישן דער פֿאַרחושכטער אַנאַלפֿאַבעטקע ניוראַ און דער לענינגראַדער רוסישער פֿרוי מיט די גוטע מאַניערן? דאָס איז געווען אַ יאָר נאָך יענעם אַפריל אין וואַרשעווער געטאָ, נאָכן אויפֿשטאַנד פֿון די לעצטע. כ'האָב שוין געהאַט געלייענט דעם אַרטיקל פֿון וואַנדאַ וואַשילעווסקאַ און געוווּסט וואָס דאָרט איז פֿאָרגעקומען, ווי אַזוי עס זענען געפֿאַלן די העלדן פֿון אונדזער מצדה. אין קאָפ האָט אָנגעהויבן לויפֿן ווי אַ ליכטלאָזונג די שורה "אין וואַרשעווער געטאָ איז איצט חודש ניסן". זי האָט מיר קיין רו נישט געגעבן. [זי איז געוואָרן דער דיפֿרייז פֿון מיַיַן לעבן] דעמאָלט האָב איך צום ערשטן מאָל אָנגעהויבן באַדויערן פֿאַר וואָס כ'בין אַוועק פֿון וואַרשע אין יאָר 1939, פֿאַר וואָס איך האָב פֿאַרלאָזט מיַיַנע חברים פֿון פאַוויע און וואָלינסקע, און געראַטעוועט מיַיַן לעבן אין דער וועלט פֿון שקר. אין וואַרשע האָב איך געדאַרפֿט בליַיַבן, דאָרט איז געווען מיַיַן אָרט – דאָרט וווּ די קריסטן האָבן פֿאַרגאָסן דאָס ייִדישע בלוט אין פסח פֿון יאָר 1943. וואָס טו איך דאָ, אין דעם עק, אין דעם פֿרעמדן פֿרילינג, צווישן די פֿרעמדע מענטשן? וואָס טו איך אין דעם אַפריל? ער איז נישט מיַיַנער! "אין וואַרשעווער געטאָ איז איצט חודש ניסן"... אין יענע טעג האָט זיך איין מאָל געעפֿנט די טיר און אין איר האָט זיך באַוויזן אַ נפש, וועמענס פנים מ'האָט קוים געקענט אַרויסזען פֿון די שאַליקעס און דער אויסגעריבענער ???? (ע"מ 117, שורה 3 מלמעלה). אַחוץ דעם זענען אויף זיינע אַקסלען געווען פֿאַרוואָרפֿן די פאָליעס פֿון אַ גראָבער קאָלדרע. איך האָב לאַנג געקוקט אויף אים און פֿאַרשטייט זיך, אין אַזאַ הילוך האָב איך אים נישט דערקענט. ער האָט פֿאַרמאַכט נאָך זיך די טיר און זיך אָנגערופֿן: "איך בין חיים האַנפֿט... חיים האַנפֿט! דו דערקענסט מיך נישט"? ערשט דעמאָלט בין איך געבליבן אָן לשון. דאָס איז חיים האַנפֿט? דאָס איז דער באַרימטער ייִדישער קינסטלער, איינער פֿון די אָריגינעלסטע סקולפטאָרן און מעטאַלאָפלאַסטיקער? דער וואָס שטייט איצט פֿאַר מיר זעט דאָך אויס ווי אַ בעטלער אָדער ווי אַ בראָדיאַגע. "חיים, חיים האַנפֿט! וויי איז צו מיר! פֿון וואַנען קומסטו? פֿאַר וואָס ביסטו אַזוי אַרומגעהילט? אין דרויסן איז דאָך שוין וואַרעם"... ער האָט אָנגעהויבן זיך "אויסטאָן" – אַראָפגענומען דאָס היטל מיט די שאַליקעס. די קאָלדרע מיט וועלכער ער איז געווען אַרומגעהילט, האָט ער אַרויפֿגעלייגט אויפֿן קינדס בעטל. איך האָב זיך דערשראָקן, און דעליקאַט, אַז חיים האַנפֿט זאָל עס נישט באַמערקן, האָב איך די קאָלדרע אַוועקגעלייגט אויף אַ שטול. כ'האָב שוין געהאַט באַמערקט אַז זי איז "פֿאַרקראָכן". איך האָב אים אַוועקגעזעצט ביַיַם קליינעם טישל, דערלאַנגט אים טיי – און ער האָט גענומען דערציילן. יאָ, דאָס איז ער דאָך טאַקע מיט זיַיַן וווּנדערלעכן אופן פֿון רעדן. פונקט ווי אַ מאָל, האָט ער כסדר זיך פֿאַרהיקעט, אָבער ער האָט בשום אופן נישט געוואָלט מוותר זיַיַן אויף דער בילדערישקיַיַט פֿון זיַיַנע איבערלעבונגען. און זיי זענען געווען אַזוי פלאַסטיש, אַז מ'האָט געקענט משוגע ווערן. חיים האַנפֿט. מיַיַן אויפֿקום אין דער ייִדישער פאָעזיע, און באַלד דערנאָך – אין דער לינקער שריַיַבערישער באַוועגונג, איז געווען ענג פֿאַרבונדן מיט אים, מיט זיַיַן איבערגעגעבנקיַיַט, מיט אונדזער קעגנזיַיַטיקער ליבשאַפֿט. אפילו אין יענע דריַיַסיקער יאָרן האָב איך זעלטן באַגעגנט אַ מענטש, וואָס זאָל אַזוי קענען זיך מוסר נפש זיַיַן פֿאַר אַ חבר. ער פֿלעגט מיך אָפֿט פֿאַרבעטן צו זיך אין אָטוואָצק, אין זיַיַן דירה, וואָס איז גליַיַכציַיַטיק געווען זיַיַן אַטעליע. זיַיַן יונגע פֿרוי, מאַרישע, איז טאַקע געווען די אַנדערע העלפֿט – מיט איר גאַסטפֿריַיַנדלעכקיַיַט, מיט איר הומאָר און מיט איר פֿאַרליבטקיַיַט אין קונסט, און דער עיקר – מיט איר באַגיַיַסטערונג פֿאַר דער ייִדישער פאָעזיע. אַזוי ווי חיים, איז אויך מאַרישע געווען אַן אַקטיווע קאָמוניסטקע און מיט אויסדויער אויפֿגענומען אַלע שיקאַנעס פֿון דער פוילישער פאָליציַיַ. ביַיַ זיי אין שטוב פֿלעגן אָפֿט איבערנעכטיקן "געפֿערלעכע אַנטי-מלוכישע פֿאַרברעכערס", געזוכטע פֿון דער פאָליציַיַ. ביַיַנאַכטיקע רעוויזיעס זענען געווען דאָרט אַן אָפֿטע דערשיַיַנונג, אָבער אים אַליין, חיים האַנפֿן, האָט מען נישט אַרעסטירט. פֿאַר אים האָט זיך אָנגענומען דער באַרימטער פוילישער סקולפטאָר הענריק קונאַ, מיט וועמען די סאַנאַציע-מאַכט האָט נישט געוואָלט איַיַנריַיַסן. אין מיטן פֿון די דריַיַסיקער יאָרן, ווען דער סטאַליניזם האָט באַהערשט אויך די פוילישע קאָמוניסטישע פאַרטיי, איז חיים האַנפֿט געווען פֿון די אַנטוישטע אין דער באַוועגונג און ער האָט זיך אָפגענוגט פֿון דער פאָליטישער אַקטיווקיַיַט. די גאַנצע ציַיַט האָט ער אָפגעגעבן פֿאַר זיַיַנע קינסטלערישע אַרבעטן. איצט זיצט ער דאָ און דערציילט מיר "זיַיַן" געשיכטע פֿון אַ פֿאַרשיקטן אויפֿן וויַיַטן צפון. "און וווּ איז מאַרישע"? – פֿרעג איך. צום ערשטן מאָל אין מיַיַן לעבן זע איך אים וויינען. "מאַרישע? מאַרישע האָט זיך פֿריַיַוויליק מאָביליזירט אין דער רויטער אַרמיי. זי איז דאָך געווען אַ קראַנקן-שוועסטער. זי איז אַוועק אויפֿן פֿראָנט. זי איז שוין נישטאָ"... אין אַלמאַ-אַטאַ איז ער ביסלעכוויַיַז געקומען צו זיך און געווען שוין אָנגעטאָן מער "ציוויליזירט". ער פֿלעגט אָפֿט אַריַיַנפֿאַלן צו מיר אין דעם קליינעם צימערל פֿון דער גרויסער וווינונג אויף פֿרומאַנאָוואַ. איין מאָל בין איך אַראָפגעגאַנגען אויף אַ וויַיַל אָפנעמען אין קראָם דאָס ברויט אויף די קערטלעך, און ווען כ'בין צוריקגעקומען האָב איך דינהלען נישט געטראָפֿן אין צימער. איך האָב זי געזוכט איבער דער גאַנצער דירה. סוף כל סוף האָט מיר די מוטער פֿון דעם פראָפֿעסאָר דערציילט אַז דאָ איז ווידער געווען דער "סטראַנני טשעלאָוויעק" און געגאַנגען מיטן קינד שפאַצירן. איך בין אַראָפגעלאָפֿן אין גאַס, אַרומגעזוכט חיים האַנפֿטן מיטן קינד אין אַלע זיַיַטיקע געסלעך, ענדלעך האָב איך זיי דערזען. חיים האַנפֿט האָט געהאַלטן דאָס קינד אויף דער האַנט, און געשאָקלט זי, ווי צום איַיַנשטילן. איך האָב אויסגעלאָזט צו אים מיַיַן גאַנץ ביטער האַרץ: "ווי נעמט מען דאָס אַרויס אַ קינד פֿון שטוב און מע זאָגט נישט קיינעמען קיין וואָרט? ווי אַזוי האָט מיר געקענט איַיַנפֿאַלן, אַז דאָס ביסטו"? "דאָס קינד האָט אַזוי געוויינט... כ'האָב עס געוואָלט באַרויִקן – האָט ער זיך פֿאַרענטפֿערט – כ'האָב גוט געמיינט"... שפעטער, אין אַלמאַ-אַטאַ, און אויך שוין אין פוילן – ביזן יאָר 1950 ווען ער איז געשטאָרבן – האָב איך אַ סך מאָל זיך געפרוּווט פֿאַרענטפֿערן... ער האָט זיכער גוט געמיינט.
דעם 19טן אָקטאָבער. ווי אַזוי זאָל מען אָנרופֿן דעם סאָרט חשבון וואָס איך מאַך איצט אין מיַיַן טאָגבוך? צי נעם איך אַראָפ פֿון מיַיַנע יאָרן די יאָרצענדליקער אָדער פֿאַרקערט – איך גיב זיי צו צו די פֿריערדיקע? אַזוי צי אַזוי – וואָס פֿאַר אַ השפעה האָט דאָס אויף דער גאַנצקיַיַט? ביַיַ אַזאַ חשבון קען אויך געמאָלט זיַיַן, אַז אַראָפנעמענדיק – קומט צו, און צוגעבנדיק – ווערט געמינערט. דוכט זיך, אַז ווען כ'נעם אַראָפ, פֿיל איך זיך בעסער. דעמאָלט טראַכט איך, אַז ווען די געשעענישן וואָלטן זיך איבערגעחזרט, וואָלט איך אַנדערש געהאַנדלט – קליגער, און דער עיקר – בעסער. אַ סך פֿון די פֿעלערן וואָלט איך נישט באַגאַנגען. מסתמא דער ריכטיקער טיַיַטש פֿונעם וואָרט תשובה – אומקער. אונדזער ייִדישער גאָט אַנערקענט נישט קיין פֿאַרעלטערונג פֿון חטאים. ביַיַ אים זענען די מענטשלעכע טויזנט יאָר נישט מער ווי איין טאָג. איך אָבער, דער וואָס לעבט די קורצע יאָרן, פֿיל זייער געוויכט און דעם מרחק וואָס זיי שאַפֿן צווישן די באַגריפֿן פֿאַרגאַנגענהיַיַט און קעגנוואַרט. די פאַפירבלעטלעך, וואָס זענען מיר איבערגעבליבן פֿון די אַמאָליקע יאָרן, זענען געל געוואָרן. די געלקיַיַט איז די פֿאַרב פֿון פֿאַרוועלקטער אַקטועלקיַיַט. דאָס געשעענע טריקנט איַיַן און ווערט ליַיַכטער אויף דער וואָג. די מעשים און קעגנשטאַנדן פֿירן זיך ווי מענטשן: זיי שטאַרבן נישט מיט אַ מאָל, נאָר ביסלעכוויַיַז, רגעוויַיַז. די שיכחה פֿאַרנעמט זיך דערמיט. די פֿאַרגאַנגענהיַיַט ווערט איַיַנגעטריקנט און ס'איז ליַיַכטער זי צו טראָגן. דאָס פֿאַרגעסן איז די מחילה פֿון מענטשלעכער ציַיַט. טאָ לאָמיר זיך האַלטן דערביַיַ, ביַיַם אַראָפנעמען. פֿאַר וואָס זאָל איך זיך נישט מאַכן אַ ביסל ליַיַכטער? איך בין דאָך איצט אויף אַן אמת אַן אַנדערער. איך פֿיר גאָר אַן אַנדער לעבן. איך האָב מער זין און ווייניקער זאָרג. [איך בין קיינעמען גאָרנישט נישט שולדיק] איך בין אַן אַנדערער, מיט איין עול: כ'האָב אויסגערעכנטע ציַיַט פֿאַרטיק צו מאַכן דאָס וואָס כ'האָב אָפגעשלעפט, נישט אָנגעהויבן אָדער נישט פֿאַרענדיקט. כל-זמן די אויגן און די הענט דינען, איז דאָ אַ האָפֿענונג, אַז אויך די אַנדערע חושים וועלן נישט אָפזאָגן. עטלעכע טעג האָט געגאָסן, געדונערט און געבליצט. דער רעגן-שטורעם האָט זיך אַריַיַנגעריסן נאָך איידער די פֿרומע ייִדן האָבן געבענטשט "גשם". די סוכה אויף אונדזער הויף איז חרוב – אָן אַ דאַך, מיט לעכער אין די ליַיַוונטענע ווענט. אויף מיַיַן שפאַציר נעכטן האָב איך געטראָפֿן אַ סך באַשעדיקטע ביימלעך, וואָס דער ווינט האָט אומגעוואָרפֿן אָדער איַיַנגעבויגן, אָבער דער קילער און פֿיַיַכטער ריח איז מחיה נפשות, כ'האָב שיר נישט געזאָגט: מחיה מתים. און עפעס אמתדיקס איז פֿאַראַן אין דעם. דער ריח פֿונעם ערשטן רעגן – אין עברית: יורה – האָט אין זיך גליַיַכציַיַטיק סיַיַ דעם גזר פֿון סוף, סיַיַ די בשורה פֿון אָנהייב, די קרייצונג פֿון טויט און אייביקיַיַט. פֿון דעסטוועגן האָבן מיר נישט ליב דעם ווינטער, נישט איך, נישט הדסה, אפילו דעם ווינטער פֿון ישראל פֿאַרטראָגן מיר נישט. אויך אין דעם היגן ווינטער, אין דעם מילדן, ליַיַדן מיר פֿון קעלט. קעלט איז אַ שרעקלעכע זאַך, קעלט איז נול, טויט. היַיַנט ביַיַ נאַכט – כ'בין שוין געשלאָפֿן – האָט הדסה אַרויפֿגעלייגט נאָך אַ קאָלדרע אויפֿן בעט. זי ליַיַדט פֿון דער קעלט נאָך מער פֿון מיר. איצט שיַיַנט שוין ווידער די זון. זי ריַיַסט זיך אַריַיַן דורכן האַלב-פֿאַרמאַכטן לאָדן און זי שטערט מיר אינעם שריַיַבן. ס'איז אָבער אַלץ בעסער ווי די דונערן און בליצן, די בייזע קולות פֿון דער נאַטור. איך בין אַן אַנדערער, אַן אַנדערער. מיט פֿערציק יאָר עלטער. אפילו דינהלע איז שוין מיט פֿערציק יאָר עלטער! זי איז שוין נישט מער דאָס איבערגעשראָקענע קינד אין דעם אַלמאַ-אַטאַער צעשאָקלטן טראַמוויַיַ. מע טוט זי שוין נישט איבער אין דער קינדערהיים יעדן טאָג, און איך פֿאַרלאָז זי נישט אין מיטן פֿון די געשרייען. אָבער גאָלדע? גאָלדע איז מער נישט אויפֿגעשטאַנען. זי איז געבליבן אין שפיטאָל. אין די אַלע שפיטאָלן: אין אַלמאַ-¬אַטא, אין קרים, אין מאָסקווע. איר קוראַציע איז געווען אַ יסורים-וועג אין משך פֿון יאָרן – מאַטערנישן מיט פֿאַרשיידענע פראָצעדורן. מיַיַן אופן פֿון אַראָפרעכענען העלפֿט נישט, ער טוט גאָרנישט אויף. ווען כ'נעם אַראָפ די פֿערציק יאָר, קען איך אויך גאָרנישט בעסער מאַכן, גאָרנישט פֿאַרריכטן. איך קען נישט באַקומען פֿאַר גאָלדען די נייטיקע דערנערונג. איך קען נישט באַקומען די פֿולע נאָרמע "סטרעפטאָמיצין" וואָס זי באַדאַרף. איך קען נישט מקיים זיַיַן דעם לעצטן חסד של אמת וואָס כ'האָב איר צוגעזאָגט – די ליַיַטערין פֿונעם שפיטאָל אין סאָקאָלניקי וועט מיך ווידער אָפנאַרן. אוממעכטיק בין איך, און די ציַיַט, וואָס כ'האָב געפרוּווט איַיַנטיילן צו מיַיַן גינסטן, איז ווידער איין קנויל שפינוועבס: איך צאַפל זיך אין אים און כ'וועל פֿון דאָרט שוין קיין מאָל נישט אַרויס. נישט קיין פֿאַרגאַנגענהיַיַט. נישט קיין קעגנוואַרט. נישטאָ קיין פֿאַרעלטערונג. די פֿערציק יאָר זענען ווייניקער ווי דער נעכטיקער טאָג. גאָט איז גערעכט און זיַיַן חשבון איז גערעכט. – – גאָלדע איז אַרויס פֿון שפיטאָל אויף עטלעכע שעה. זי איז געקומען אַהיים, כדי זיך צו געזעגענען מיט אונדז, מיט מיר און מיטן קינד. מיר פֿאָרן אַוועק פֿון אַלמאַ-אַטאַ. מ'האָט מיך אַרויסגערופֿן קיין מאָסקווע. כ'נעם מיט זיך דינהלען. גאָלדע מוז נאָך בליַיַבן אין שפיטאָל ביז מע וועט ענדיקן די איצטיקע פראָצעדור פֿון איר קוראַציע. מיר ביידע, איך און דינהלע, האָבן זי אָפגעוואַרט אויפֿן גאַס. אָט גייט זי אַנטקעגן מיט אָפֿענע אָרעמס. דאָס קינד לויפֿט איר אַנטקעגן. דאָס געזעגענען זיך קומט פֿאָר אויף דער גאַס. די ענערגישע אַדמיניסטראַטאָרקע האָט שוין ביַיַ מיר צוגענומען דעם שליסל פֿון דער וווינונג און פֿאַרחתמעט די טיר פֿון דעם קליינעם צימערל. זי האָט זיך איבערציַיַגט, אַז כ'בין אַן ערלעכער סאָוויעטישער בירגער: כ'האָב אָפגעגעבן דאָס צימער צו די באַלעבאַטים, אין הסכם מיטן געזעץ... מיר צעשיידן זיך. כ'ווייס, אַז איך דאַרף זיך נישט אומקוקן. אויב איך וועל זיך אויסדרייען, וועט עפעס געשען. אָבער אַוועקגייענדיק מיטן קינד אויף די הענט, ווייס איך, אַז גאָלדע האָט זיך יאָ אומגעדרייט. כ'פֿיל אַז זי שטייט און קוקט אונדז נאָך. איך גיי. איך גיי שנעל, שנעלער. סוף כל סוף האַלט איך נישט אויס און כ'קוק זיך אום. זי גייט אַוועק. איך זע שוין איר רוקן, דאָס רויט-געמוסטערטע, קרעטאָנענע קליידל. זי דערוויַיַטערט זיך מיט פאַמעלעכע טריט. די מויערן פֿון צענטער שטאָט פֿאַרשווינדן. אַנשטאָט זיי – די ליימענע היַיַזלעך מיט די פֿאַרמאַכטע קאַזאַכישע הייפֿלעך. כ'האָב נישט קיין ווערטער אין מויל, אָבער אין מיַיַן האַרץ איז פֿאַראַן אַ ביטערניש און אַ קללה אויף דער שטאָט, וואָס זי איז געווען דער סדום אין מיַיַן לעבן. זאָל נאָר גאָלדע באַוויַיַזן אַרויסצוגיין פֿון דאָרט, איידער עס הייבט אָן רעגענען מיט פֿיַיַער און שוועבל. און זאָל זי זיך נישט אומקוקן, חלילה! אויפֿן וואָקזאַל איז דער צוג אַלמאַ-אַטאַ – מאָסקווע נאָך נישט געווען. לענג-אויס דעם פעראָן איז געשטאַנען דער עולם פאַסאַזשירן מיט די זעקלעך און פעקלעך און אַלטע טשעמאָדאַנעס. ווען די אַלטמאָדישע, האַמעטנע וואַגאָנעס זענען פאַמעלעך אָנגעפֿאָרן האָט די געדיכטע און לאַנגע ריי מענטשן אַ צאַפל געטאָן, און נאָך איידער דער צוג איז געבליבן אין גאַנצן שטיין, האָט זיך אָנגעהויבן דער "שטורעם": אַלע האָבן מיט אַ מאָל אַ שפאַר געטאָן אין די אַריַיַנגאַנג. יעדער האָט געוואָלט זיַיַן דער ערשטער, יעדער האָט געוואָלט פֿאַרכאַפן דעם בעסטן פלאַץ. אין די אָפֿענע טירן זענען געשטאַנען די קאָנדוקטאָרקעס – רויטע שיקסעס מיט גראָבע פֿיס און באַקן – נישט כדי אופֿצונעמען און פֿאַרליַיַכטערן די פאַסאַזשירן, נאָר אָפצושטויסן די "אַטאַקע", און אַז מ'וועט דאַרפֿן – אויך דערלאַנגען קלעפ. דאָס איז נישט געווען קיין זעלטן בילד אויף די פעראָנען פֿון די אַזיאַטישע רעפובליקן. נעמען אַ צוג האָט געהייסן: "נעמען מיט שטורעם". אין דעם קנויל פֿון די אָנגריַיַפֿנדיקע פאַסאַזשירן בין איך געווען – מיט דינהלען אויף איין האַנט און מיט אַ פעקל – אין דער צווייטער. אין דעם פעקל זענען געווען אונדזערע "פערזענלעכע" זאַכן, צווישן זיי – דער קליינער, ערדענער ? (ע"מ 119, שורה 9 מלמטה) נאַכט-טאָפ וואָס האָט זיך גערעכנט פֿאַר דינהלען ווי דער חפץ פֿונעם סאַמע וויכטיקסטן געברויך. ווען כ'בין שוין געווען מיטן קינד און מיטן פעקל אויפֿן צווייטן טרעפל פֿונעם וואַגאָן, האָט אַן אָנגעשטופ פֿון מענטשן אונדז אומגעוואָרפֿן. דאָס קינד האָט געוויינט, די ברילן זענען מיר אַראָפגעפֿאַלן. איך האָב געשריגן, אָבער קיינער האָט זיך נישט אומגעקוקט. עס האָט אויסגעזען, ווי יעדער איינער וויל זיך ראַטעווען פֿון אַ פֿיַיַער, און ער ראַטעוועט זיך ווי ער קען. ביסלעכוויַיַז איז געוואָרן לויזער אַרום אונדז, און עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז ס'איז פֿאַראַן אין צוג גענוג פלאַץ פֿאַר אַלעמען. דאָס שטופן זיך אין די אַריַיַנגענג איז געווען פֿון געוווינהיַיַט און פֿון מורא צו בליַיַבן אָן אַ זיצפלאַץ. דינהלע האָט זיך באַרויִקט, איך האָב אָפגעזוכט די רעמלעך פֿון מיַיַנע ברילן – די גלעזער זענען צעבראָכן געוואָרן און מיר האָבן פֿאַרנומען פלעצער אין אַ קופע. דער צוג האָט גערירט – און מיר זענען געווען אין דער זעקסטאָגיקער ריַיַזע קיין מאָסקווע, דורך מדבריות מיט זאַמדבערג און ביימער-געשפענסטער פֿון סאַקסאַול, מיט וואַנדערנדיקע, פֿאַרהילטע געשטאַלטן אויף הויכפֿיסיקע קאַמלען, דורך שטעט, וואָס האָבן אויסגעזען ווי דערפֿער, און דערפֿער, וואָס האָבן קיין נעמען נישט געהאַט, יעדן פֿאַלס – אָן אויפֿשריפֿטן אין די וויַיַטע פֿאַרלוירענע וועגן. דער צוג איז געגאַנגען מיט אַ לאַנגוויַיַליקן טעמפאָ און מיר האָט זיך אָנגעהויבן דוכטן, אַז דער צוג איז ענלעך אַ ביסל צו נחס תיבה אינעם מבול. דער צוג איז טאַקע געשוווּמען איבער די גראָע מרחקים ווי נחס תיבה, אָבער אין די וואַגאָנעס זענען קיין אַנדערע באַשעפֿענישן, אַחוץ מענטשן, נישט געווען. זיי זענען נאָר ענלעך געווען צו פֿאַרשיידענע חיות, און טייל מאָל – אפילו צו גאַנץ סימפאַטישע. אין אונדזער קופע איז געזעסן אַזאַ גוטמיטיקע, קליינע משפחה – אַ מיטליאָריקע פאָר מיט זייער פֿולינקער טאָכטער פֿון בערך 16 יאָר. זיי זענען ענלעך געווען צו קראָליקעס. זיי האָבן אָן אויפֿהער געמאַכט מיט די מיַיַלער: געגעסן אָדער גערעדט. צווישן זייערע וואַליזקעס זענען געווען עטלעכע מיט שפיַיַזפראָדוקטן, אין יעדער איינער – פֿון אַ באַזונדערן מין. אפשר האָבן זיי די מאכלים אַזוי געפאַקט צוליב כשרות. זיי האָבן געגעסן, און דינהלע האָט אָנגעשטעלט אויף זיי די זשעדנע אייגעלעך. גוטע זאַכן האָבן זיי געגעסן, מיט רייצנדיקע ריחות. איך האָב אַוועקגעקוקט. אַ פאָר מאָל האָט די מוטער פֿון דער משפחה מיר פֿאָרגעלייגט עפעס פֿון דער סעודה. איך האָב העפֿלעך אָפגעזאָגט, אָבער דינהלע האָט גערן צוגענומען. אַז דאָס האָט עטלעכע מאָל זיך איבערגעחזרט, האָב איך פֿאָרגעוואָרפֿן דער קליינער, אַז דאָס איז נישט שיין. דער פֿאַמיליע-פֿאָטער האָט זיך אַ בייזער געטאָן אויף מיר: "איר קענט אָפזאָגן, אויב איַיַך געפֿעלט אַזוי, אָבער דעם קינד שטערט נישט. דאָס קינד איז הונגעריק". אין אונדזער קופע איז געווען היימלעך. די משפחה האָט שוין געהאַט אָפגעגעסן, און טאַמאַראַ, דאָס פֿעטע מיידל, האָט זיך געשפילט מיט דינהלען. ביידע האָבן זיי געלאַכט, דינהלע אויך, און דערפֿון בין איך אויך געווען צופֿרידן. די עלטערן האָבן געבעטן דער טאָכטער, אַז זי זאָל עפעס זינגען. דאָס מיידל האָט געהאַט אַ שיינעם פֿעסטן אַלט, און די עלטערן האָבן זיך געוואָלט באַוויַיַזן. טאַמאַראַ האָט לאַנג זיך נישט געלאָזט בעטן, און באַלד האָבן אַרום אונדזער קופע זיך פֿאַרזאַמלט כמעט אַלע פאַסאַזשירן פֿון דעם וואַגאָן און מיט אַנטציקונג געהערט די לידער, וואָס זענען געזונגען געוואָרן ערב און בעת דער מלחמה. די מעלאָדיעס זענען געווען באַקאַנטע, די ווערטער – סענטימענטאַל-פאַטריאָטיש. אין יענע טעג האָבן זיי מיטגעריסן אַלעמען, אפילו די סאַמע פשוטסטע מענטשן פֿונעם המון. די לידער זענען געזונגען געוואָרן ביַיַ אַלע געלעגנהיַיַטן – אין די קלובן, אויף חתונות און אויף סתם וועטשערינקעס. קיין איין אָפטיילונג מיליטער, ווי קליין זי זאָל נישט זיַיַן, איז נישט געגאַנגען אין גאַס אָן געזאַנג. די דורכגייערס פֿלעגן זיך אָפשטעלן און אויסהערן די לידער, געזונגענע מיט די ברוסטיקע, סאָלדאַטישע שטימעס; די רוסישע לידער זענען זייער צוגעפאַסט פֿאַר די רוסישע טענאָרן און באַסן, פֿאַר זייער טעמבער. טאַמאַראַ האָט געזונגען מיט איר קלינגענדיקן אַלט. ביסלעכוויַיַז האָבן די יונגע אַרום אונדז אָנגעהויבן צושטיין, און דער רעפֿריין פֿון אַ מעכטיק ליד האָט אַ דונער געטאָן אין דעם וואַגאָן: "פוסט יאַראָסט בלאַגאָראָדנאַיאַ... יידיאָט וואָיינאַ נאַראָדנאַיאַ..." ס'איז געווען זומער 1944. די דיַיַטשן זענען געווען פֿאַרטריבן פֿון סטאַלינגראַד, פֿון מאָסקווע. אויף אַנדערע פֿראָנטן זענען נאָך אָנגעגאַנגן פֿאַרביטערטע קאַמפֿן, אָבער די רויטאַרמייער האָבן שוין געטראָגן די פֿריַיַהיַיַט פֿאַר אייראָפע. מיט אָט דעם ליד זענען זיי אַריבער די טיַיַכן, אָפגענומעם שטעט און דערפֿער אין אוקראַינע און וויַיַסרוסלאַנד, און אַרויף אויף דער פֿאַרפיַיַניקטער פוילישער ערד: אויף מערב, אויף מערב! אויך אונדזער צוג איז געלאָפֿן אויף מערב: אַרויס פֿון אַזיע, נענטער צו אייראָפע! אונדזער צוג איז אַריַיַן אין מאָסקווער וואָקזאַל. אינעווייניק האָט געוואַרט אויף אונדז ריווע ספֿאַרד. זי האָט גענומען דאָס קינד און איז אַריַיַן דערמיט אין דעם צימער "פֿאַר מוטער און קינד". דאָרט האָט מען דינהלען אָפגעוואַשן, געגעבן אַ ביסל זיסוואַרג – און ריווע האָט אונדז אַוועקגעפֿירט, דערוויַיַל, אין האָטעל "מאָסקוואַ", אין דעם צימער, וואָס איז געווען פֿאַרנומען פֿון פֿיליפ פעסטראַקס משפחה. דער וויַיַסרוסישער דיכטער פֿיליפ פעסטראַק איז געשטעלט געוואָרן בראש פֿון דער רעגירונג אין דער באַפֿריַיַטער וויַיַסרוסישער רעפובליק. ער אַליין איז שוין געווען אין מינסק, זיַיַן פֿרוי און קינד זענען נאָך געבליבן אין מאָסקווע.
דעם 21סטן אָקטאָבער. פֿון אַלע נאָענטע איז, דוכט זיך, דינהלע, די איינציקע, וואָס לאָזט מיך נישט צו וויַיַט אַוועקפֿליִען אין דער פֿאַרגאַנגענהיַיַט, כאָטש זי פֿאַרנעמט דאָרט אַ צענטראַל-אָרט – אין אַן אַנדער געשטאַלט. דאָרט איז זי אַ קינד. זי רופֿט מיך אָפֿט צוריק פֿונעם עבר, פֿון זכרון. און כאַטש זי וואַרפֿט מיך צוריק אַריַיַן אין דער טאָגטעגלעכקיַיַט, טוט זי אַ גוטע זאַך: זי איז אַ שליח פֿונעם לעבן, זי דערלאָזט נישט, אַז מיַיַנע פֿליגל זאָלן ווערן צו בלאָ און דורכזיכטיק. נעכטן אין אָוונט האָט זי צו מיר טעלעפֿאָנירט און דערציילט, אַז זי האָט געליינט אַ הקדמה פֿון דוב סדן צו אַ בוך פֿון אַ העברעיִשן קריטיקער. די הקדמה איז געשריבן אין ייִדיש, וויַיַל אויך דאָס בוך פֿון דעם העברעיִשן שריַיַבער איז געשריבן אין ייִדיש, אויף אַ טעמע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. דינהלע איז געווען דערשטוינט צוליב דעם ייִדיש, וואָס דוב סדן באַנוצט – ער פֿירט זיך מיט דער שפראַך "ביד היוצר", אָבער אויף אַ ווילקירלעכן אופן. ער האַקט אָפ אויף אַן אומגעלומפערטן שטייגער די סופֿיקסן צוליב זיַיַן איבערגעטריבענעם פחד פֿאַר כלומרשטע דיַיַטשמעריזמען. ער פֿירט אַריַיַן נעאָלאָגיזמען, געבליטע בעיקר אויף אַ למדניש-העברעיִשן אָפשטאַם אָדער אויף פֿאָלקלאָריזירטע מקורות, און זיַיַן ייִדיש לשון ווערט כמעט אומפֿאַרשטענדלעך ביַיַם ייִנגערן דור. נאָך מער איז דינהלע געווען אויפֿגערעגט דערפֿון, וואָס דער חשובער און באַווירטער שריַיַבער זשאַלעוועט נישט קיין חנופהלעך פֿאַרן מחבר פֿון דעם בוך, און לויבנדיק אים, פֿאַרטיילט ער זיך אַליין אויך נישט, רעדט מיט אַ פֿול מויל וועגן זיַיַנע אייגענע אויפֿטוען און שיקט אָפ כסדר דעם לייענער מיט מראה-מקומותן צו זיַיַנע אייגענע ווערק. איך האָב זי באַרויִקט. דאָס פֿון וואָס זי רעגט זיך אַזוי אויף, איז טאַקע די סיבה פֿאַר וואָס ער איז אַזוי אָנגענומען אין דער ליטעראַטור פֿון ישראל, סיַיַ אין דער העברעיִשער, סיַיַ אין דער ייִדישער. גאָט האָט דוב סדנען געבענטשט מיט אַזעלכע אייגנשאַפֿטן, וואָס האָבן אים ווי באַשאַפֿן צו זיַיַן דער אונטערפֿירער פֿון די גדולים (אין יידיש האָט דער באַגריף אונטערפֿירער צוויי טיַיַטשן). קודם-כל, איז ער אַ פֿענאָמענאַלער געדענקער – ער איז אפשר דער בעסטער בעל-זכרון ביַיַ אונדז אין לאַנד. צווייטנס, איז ער דער בעסטער שבחים-זאָגער. אָדער שבחים-שריַיַבער. אַזוי וועט זיַיַן פונקטלעכער, וויַיַל אַז מע זיצט מיט אים ביַיַ אַ גלאָז טיי, האָט ער דווקא ליב צו באַרעדן זיַיַנע חברים און מאַכן פֿון זיי ????-תל (ע"מ 122, שורה 9 מלמעלה), און וואָס העכער זיי זענען געשאַצט אין דער עפֿנטלעכקיַיַט, און וואָס נענטער זיי שטייען צו אים מיט זייער ליטעראַרישער טעטיקיַיַט, אַלץ מער און אַלץ שאַרפֿער ריַיַסט ער זיי אַרונטער. אין געשריבענעם וואָרט איז ער גאָר אַן אַנדערער. ביַיַם שריַיַבן באַקומט ער אַזאַ נוסח, ווי ער וואָלט ליב געקריגן נישט דעם ענין, וועגן וועלכן ער שריַיַבט, נאָר די ווערטער גופא. און די ווערטער ווערן אַלע אַזעלכע וואַרעמע, אַז זיי הייבן אָן ליב צו קריגן איינער דעם אַנדערן. די גוטע ווערטער לויפֿן זיך אָן פֿון אַלע זיַיַטן, און מע קען זיך גאָרנישט אָפיאָגן פֿון זיי – און זיי טויגן נאָר צו שבחים. ער גופא מיינט אפשר נישט צו חנפענען. זיי, די ווערטער, טוען דאָס. און אויב די אָנגענומענע שפראַך-געזעצן שטערן אין דעם, ווערן זיי אָפגעוואָרפֿן, און די ווערטער קומען אַרויס אָן די שפיצן, אָן די סופֿיקסן – מער קיַיַלעכיק, מער פֿליסיק. דאָס איז די שלימות פֿון זיַיַן סטיל. אין תוך גענומען, איז ער וויַיַט פֿון ליטעראַטור-קריטיק און זיַיַנע מיינונגען וועגן שריַיַבערס זענען באַזירט בלויז אויף זיַיַנע פערזענלעכע איַיַנדרוקן און זכרונות, אָבער ער איז דער דעה-זאָגער ביַיַ אַלע וויכטיקע באַשלוסן וועגן ליטעראַרישע געשעענישן. די מיניסטאָרישע אַדמיניסטראַטאָרן ווילן תמיד האָבן ביַיַ אים דאָס לעצטע וואָרט. אפילו אין יענע זשוריס, אין וועלכע ער באַטייליקט זיך נישט, קומען אָן זיַיַנע קליינע צעטלעך, מיט זיַיַנע קאַנדידאַטן, פֿאַר די פריַיַזן. און מיינסטנס פֿאָלגט מען אים, וויַיַל אין די זשוריס זעצט מען געוויינטלעך אַוועק מענטשן וואָס פֿאָלגן. מע זאָגט, אַז לעבן מיטן היַיַנטיקן טאָג איז אַ סגולה צו אריכות ימים. דאָס איז דער זין פֿון "ברוך השם יומ-יום": נישט שלעפן אויף די פלייצעס די לאַסט פֿונעם עבר און נישט אַריַיַנקוקן אין תהום פֿון דער צוקומפֿט. אָבער וואָסער באַשעפֿעניש קען עס דען באַוויַיַזן? אפילו אַ מוראַשקע לעבט מיט דערפֿאַרונגען פֿון נעכטן און מיט פחדים פֿאַרן מאָרגן. נאַרישקיַיַטן, נישטאָ קיין כללים. הלל און שמאי זענען ביידע גערעכט, און ביידע – גליַיַכציַיַטיק. דער זכרון איז דער באַשטראָפֿער, און אויך דער באַפֿריַיַער. דאָס איז דער וויכטיקסטער אינסטרומענט פֿונעם שריַיַבער. אָן דעם וואָלט קיין ליטעראַטור נישט געווען. גאָט איז טאַקע אייפֿערזיכטיק. ער האָט נישט ליב, אַז מע מישט זיך צו פֿיל אין זיַיַנע געשעפֿטן – אין זיַיַן פֿאַרגאַנגענהיַיַט און אין זיַיַן צוקונפֿט – אין זיַיַן אַזוי גערופֿענער אייביקיַיַט. אָבער ווער הערט אים? פֿאַר טאָג, ווען גאָט שלאָפֿט נאָך, כאַפ איך זיך צו צו זיַיַנע אוצרות און פֿאַרנעם מיט זיך שנעל-שנעל וויפֿל כ'בין נאָר אין שטאַנד. מעגלעך אַז ער שלאָפֿט גאָרנישט. "הנה לא ינום ולא ישן". ער מאַכט זיך בלויז שלאָפֿן. דורך די צוגעלענטע וויִעס זעט ער ווי איך שלעפ אַרויס פֿון זיַיַן גן-עדן די פֿאַרבאָטענע פֿרוכט. אפשר איז ער גאָר צופֿרידן. ער האָט ליב צו זען ווי אַנדערע טוען זיַיַן אַרבעט. ער שמייכלט. די זון איז שוין אויפֿגעגאַנגען. אַ טאָג פֿול מיט וואָכעדיקע אימפעט, מיט ליכט און וואַרעמקיַיַט. אויף מיַיַן שטייגער האָב איך שוין געלויבט דעם באַשעפֿער, וואָס האָט מיך געמאַכט אַזאַ ווי איך בין און אויך מיַיַן טאָכטער איז געבוירן מיט אַ טייל פֿון מיַיַנע אייגנשאַפֿטן. זי האָט נישט ליב דאָס וואָס איך האָב נישט גערן. מיַיַן זכרון איז דער באַפֿריַיַער. איך וועל זיך לאָזן פֿירן פֿון אים ווי לאַנג נאָר ער וועט דאָס וועלן און אויף וויפֿל עס וועט אים סטייען כוח. איך האָב ליב צו באַזוכן די ערטער וווּ כ'האָב אַ מאָל געלעבט, וווּ כ'בין ייִנגער געווען און וווּ כ'האָב ליב געהאַט. נישט בלויז דאָס ליכט פֿון יענע טעג געדענק איך, נאָר אויך די מעלאָדיעס. איך געדענק די לידער פֿון שובערטן, וואָס מאַרי האָט ליב געהאַט צו זינגען. איך געדענק ראַכמאַנינאָווס פרעלוד פֿונעם קעגנאיבערדיקן פֿענצטער. איך געדענק די טאַנצ-מעלאָדיע אין 14טן יולי אויף די פאַראַדע אין פאַריז. דאָס אַלץ – אין יאָר 1938. דאָס לעצטע מאָל ווען כ'בין געווען אין פאַריז, מיט אַ יאָר צוריק, איז דאָרט אויך געווען מיַיַן איידעם אלן, דינהלעס מאַן. איך האָב אים געבעטן צוצופֿאָרן מיט מיר אין דעם צוואַנציקסטן אַראָנדיסמאַן, איך וויל אַז ער זאָל מאַכן פֿאָטאָס פֿון יענער באַנק אין ביטשאַמאָן, וווּ איך פֿלעג זיצן מיט שולשטיין און שלעווין, פֿון דעם פאַסאַזש ווילאַ דע פאַרק, וווּ משה שולשטיין האָט געוווינט און פֿון די פאַראַדי, נומער זעקס – דעם האָטעל וווּ איך בין איַיַנגעשטאַנען. איך האָב די געגנט דערקענט, אַוודאי. ווי קען איך זי נישט דערקענען? אָבער זי איז געווען אין מיַיַנע אויגן ווי אַן אויסגעדאַרטע זקנה. די פֿעלנדיקע היַיַזער זענען געווען ווי אַרויסגעפֿאַלענע ציין. דאָ און דאָרט זענען געווען אַריַיַנגעשטעלט ניַיַ-אויפֿגעבויטע בנינים, און זיי האָבן אַרויסגעשיַיַנט ווי גאָלדענע ציין. די באַנק אין ביטשאַמאָן איז געבליבן. כ'וואָלט געשוווירן אַז דאָס איז די זעלבע באַנק. איך האָב זיך אַוועקגעזעצט אויף איר – איינער אַליין. שולשטיין און שלעווין, מיַיַנע נאָענטסטע חברים, זענען מער נישטאָ. אַלן האָט גענומען אַ בילד פֿון מיר אויף דער באַנק – פֿון מיר מיט די פֿעלנדיקע צוויי חברים... דריַיַ טריט פֿון דאָרט איז דער פאַסאַזש מיטן שיינעם נאָמען ווילאַ דו פאַרק. אין אַן איינצימערדיקער וווינונג האָט דאָרט געוווינט משה שולשטיין מיט זיַיַן בלאָנדער און שלאַנקער אַנקאַ. מיט אַלנען האָב איך זיך אַוועקגעשטעלט קעגן איבער דעם פֿענצטער, דאָרך וועלכן איך פֿלעג אים אַראָפרופֿן. דאָס פֿענצטער איז געווען אָפֿן און פֿון אים האָט אַרויסגעקוקט אַ געלע קאַץ. ווען אַלן האָט גענומען אַ פֿאָטאָ פֿון דעם פֿענצטער, איז גראָד אַדורכגעגאַנגען די קאָנסיערזשקע. זי האָט אונדז אָנגעקוקט מיט חשד און עפעס איבערגעפֿרעגט: "וואָס טוט איר דאָ? וועמען דאַרפֿט איר"? – בערך אַזוי. איך האָב אַרויסגעמורמלט צוויי ווערטער: "מאָן... אַמי..." די געטעסעטע שטיינער פֿונעם ברוק אויף ווילאַ דו פאַרק זענען נאָך געבליבן, אָבער דוכט זיך, אָז עס זענען דאָרט נישטאָ קיין צוויי פֿון זיי וואָס זאָלן שטיין אין ריי; די שטיינער זענען צעקרימט און צעהוידעט, ווי נאָך אַן ערד-ציטערניש. מיר זענען אַרויס אויף דער דערביַיַיִקער קורצער גאַס רו פאַראַדי. אָט איז דער נומער 6. אָט איז מיַיַן פֿענצטער. אָבער קיינער אין דעם הויז וווינט שוין נישט מער. דער אַריַיַנגאַנג צום אַמאָליקן האָטעל איז פֿאַרהאַקט, ווער רעדט שוין וועגן דעם אַלטן פֿראַנצויז, דעם באַלעבאָס און זיַיַן אַנגאָרער קאַץ, וואָס פֿלעגט תמיד ליגן אין דעם ברייטן, אויסגעפוצטן שויפֿענצטער. אפשר שטייט נאָך דאָ, אין מיַיַן צימער אויפֿן צווייטן עטאַזש, דאָס טישל ביַיַ דער וואַנט. איך בין אַלט 30 יאָר. איך זיץ ביַיַ דעם טישל און שריַיַב: געדאַרפֿט האָב איך האָבן דעם דונער, דעם אָפריס פֿון ווילדן געוויטער, האָב איך פֿאַר מיַיַן ליד נאָר געפֿונען די ווערטער פֿון צאַפל און ציטער. היַיַנט איז דער 14טער יולי. אין דרויסן קערט אַלץ זיך איבער. פֿון אומעטום שפאַרט די פֿריילעכע טאַנצמוזיק. ס'איז שוין נאָך דעם מיליטערישן פאַראַד אין דעם יאָרטאָג פֿונעם פֿאַלן פֿון דער באַסטיליע. קעגן איבער, אין דער קאַפֿע "לע וורעז אַמי" זענען די טישלעך באַזעצט. דער גראַמאָפֿון שפילט. געלעכטערס און די שפילעוודיקע פֿראַנצייזישע שפראַך. און איך שריַיַב וויַיַטער די שורות וואָס פאַסן זיך נישט אַריַיַן אין דעם ריטעם פֿון דער טאַנצמוזיק – שורות פֿון אַ ייִדישן עמיגראַנט, אַן אַנטלאָפֿענער פֿונעם רעזשים און פֿון דער נויט. געדאַרפֿט האָב איך האָבן די רוימען, דאָס שריַיַען פֿון שוימיקע ימען, און איך האָב געמוזט זיך פֿאַרצוימען אין ציכטיקע ריטמען און גראַמען. ניין, כ'וועל היַיַנט דאָס ליד נישט ענדיקן. איך דערהער דאָס קלאַפן פֿון מאַריס אָבצאַסן אויפֿן טראַטואַר. אַלע מאָל דערקען איך איר טראָט, מעג ער נאָך זיַיַן אין עק גאַס. אויך די היַיַנטיקע מוזיק קען אים נישט פֿאַרטויבן. די טיר עפֿנט זיך און זי קומט אַריַיַן. זי שמייכלט, אָבער אירע טונקל-ברוינע אויגן בליַיַבן שטיל און טרויעריק. שטיל און טרויעריק. זי איז שוין אין דריטן חודש, אָבער זי וויל מער נישט הערן וועגן אַן אַבאָרט. זי האָט מיר פֿאַרווערט צו רעדן וועגן דעם. זי ווייסט, אַז זי וועט נישט בליַיַבן מיט מיר אויף שטענדיק. זי האָט עס געוווּסט פֿון אָנהייב אָן. אָבער זי וויל נאָר נישט רעדן וועגן דעם. זי קוקט אויף מיַיַנע נאָר וואָס אָנגעשריבענע שורות: "כ'בין צו פֿרי געקומען... דו האָסט נישט פֿאַרענדיקט"... "ניין, דו ביסט צו שפעט געקומען, צו שפעט"... אין חדשים אַרום האָט זי געבוירן אַ זון. איך בין אַוועק מיט איר אין דער מערי און פֿאַרשריבן זיך ווי זיַיַן פֿאָטער. איך האָב אים אַ נאָמען געגעבן אברהם. אין פֿראַנצייזיש איז זיַיַן נאָמען אַלבערט. אין פֿיר יאָר אַרום זענען זיי – צוזאַמען מיט מיַיַן מאַמען, מיט מיַיַן שוועסטער און איר משפחה – אַוועק קיין טרעבלינקע. פֿאַר וואָס האָב איך גראָד איצט זיך דערמאָנט דערין? פֿרעג דעם זכרון. ער איז געקומען מיך באַפֿריַיַען. ער הייבט מיך אויף פֿון דער איצטיקיַיַט און טראָגט מיך אַוועק מיט אַ שנעלקיַיַט, וואָס נאָר איך בין בכוח צו פֿאַרטראָגן. ער האָט זיך פֿאַרהאַלטן אין פאַריז, ער האָט אַריבערגעהיפערט אַלמאַ אַטאַ, אַ יאָג געטאָן איבער די צערקווע-שפיצן פֿון מאָסקווע, וווּהין כ'בין נאָר וואָס אָנגעקומען מיט מיַיַן קליין טאָכטערל, מיט דינהלען. אַ וויַיַלע בלויז וועל איך פֿאַרזאַמען. איך וועל באַלד צוריקקומען. כ'וועל אויסשעפן וויפֿל ס'וועט זיך לאָזן, ביזן סוף, וויפֿל דער זכרון וועט דערלויבן. און דערנאָך – דערנאָך וועל איך אָן פחד אַריַיַנקוקן אין דער צוקונפֿט. איך דאַרף נאָך אָפאַרבעטן אויך פֿאַר איר. איך בין דאָך גאָטס קנעכט – ביזן לעצטן אָטעמצוג.
דעם 22סטן אָקטאָבער. דער היַיַנטיקער טאָג האָט זיך אָנגעהויבן נישט זייער אָנגענעם. קודם, האָב איך געדאַרפֿט גיין צו מיַיַן דאָקטער אויפֿן חודשלעכן באַזוך – ער זאָל מיר קאָנטראָלירן דעם בלוטדרוק און אויסשריַיַבן מיר די מעדיקאַמענטן. זיי פֿאַרלענגערן מיר דאָס לעבן און גליַיַכציַיַטיק טעמפן זיי אָפ די חושים. דערצו איז נישטאָ קיין עצה. יעדע הילף בליַיַבט נישט קיין געשענקטע, אויך די מעדיצינישע. דאָס מאָל איז דער וויזיט ביַיַם דאָקטער אַדורך שנעל און גלאַט. כ'האָב נישט געדאַרפֿט לאַנג וואַרטן. אין דער פֿרי איז אויך אָנגעקומען אַ צעטל, אַז כ'זאָל ברענגען אין שטייעראַמט אַלע ביכער וווּ כ'פֿאַרשריַיַב מיַיַנע הכנסות און אויך די דאָקומענטן, וואָס באַשטעטיקן די איַיַנגעשריבענע פאָזיציעס. דאָס איז פֿאָלג מיך אַ גאַנג! אָט דעם אַמט האָב איך ליב, ווי יעדן אָפֿיציעלן אַמט, און אפשר נאָך ליבער. מיַיַן גוטע דאַסעלע האָט זיך אַליין פֿאָרגעשלאָגן צו גיין אין "מס-הכנסה" אַנשטאָט מיר. זי זאָגט, אַז ווען איך באַקום אַזאַ צעטל, זע איך אויס ווי איינער נאָכן באַקומען אַ טויטאורטייל. זי איז עפעס צו שנעל צוריקגעקומען און געלאַכט: "פֿון גרויס פחד האָסטו נישט באַמערקט אין דער צעטל די דאַטע: "דו ביסט פֿאַרבעטן אַהין ערשט אין דריַיַ וואָכן אַרום!" אַלץ איינס. איך פֿיגוריר דאָ אין דער קאַטעגאָריע פֿון "זעלבשטענדיקע". דאָס הייסט, אַז כ'בין נישט קיין לוין-אַרבעטער, כ'בין נישט באַשעפֿטיקט ביַיַ יינעם און באַקום נישט קיין געהאַלט פֿון איין אַרבעטס-געבער, נאָר איך פֿיר אַליין אַ געשעפֿט, אַ שטייגער ווי אַ קרעמער אָדער אַ בעל-מלאכה. אַלע מיַיַנע הכנסות דאַרף איך אַריַיַנשריַיַבן אין אַ בוך, פונקט ווי אַן אייגנטימער פֿון אַ קראָם אָדער אַ וואַרשטאָט. וואָס שריַיַב איך אַריַיַן אין דעם בוך? נישט די לידער. דאָס ברענגט נישט אַריַיַן קיין הכנסה. פֿאַרשריַיַבן פֿאַרשריַיַב איך אַלע מיַיַנע פֿאַרדינסטן פֿון צוגרייטן ביכער צום זעצן און קאָרעגירן זיי פֿאַרן דרוקן. מיט וואָס בין איך "זעלבשטענדיק"? מיט דעם, וואָס איך טו די אַרבעט ביַיַ זיך אין שטוב, וואָס דער אַרבעטס-געבער צאָלט נישט די געהעריקע סאָציאַלע צוגאַבן, וואָס ער איז לויטן געזעץ מחויב צו טאָן, אויב מע טוט די זעלבע אַרבעט ביַיַ אים, אין זיַיַן געשעפֿט. פֿאַרפֿאַלן, אַזוי איז דאָס איַיַנגעפֿירט זינט די מדינה עקסעסטירט. אין משך פֿון אַלע מיַיַנע "זעלבשטענדיקע" יאָרן בין איך מקנא די נישט-"זעלבשטענדיקע" אַרבעטער, וואָס ווייסן נישט פֿון קיין קאָפ-דרייענישן מיטן פֿירן ביכער און מיטן דערלאַנגען גענויע באַריכטן פֿון די רווחים. און דערביַיַ גלייבט מען דיר נישט. דאָס איז אַזאַ פרינציפ, אַז קיין "זעלבשטענדיקן" גלייבט מען נישט. איך מוז אַלץ באַוויַיַזן אויף פֿאָרמעלע, געשטעמפלטע פאַפירלעך, און איך באַקום כסדר אויפֿפֿאָדערונגען, דערמאָנונגען, באַגלייטע מיט דראָיונגען, אַז אויב... איך האָב שוין אָנגעגעבן אַ בקשה, אַז מע זאָל מיך אַרויסלאָזן פֿון די "געשעפֿטן". כ'בין שוין גענוג אַלט און קראַנק. אָבער די באַאַמטע איַיַלן זיך נישט. דער אמת איז, אַז די קאָסטן פֿון האַלטן די באַאַַמטע, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט מיר, זענען אַ סך גרעסער ווי די הכנסות פֿון מיַיַן "זעלבשטענדיקיַיַט". דעם טיטל "פראָלעטאַריער" וועל איך שוין נישט באַקומען. ס'איז ליַיַכטער צו קריגן דעם "פרס-ישראל". דער זייגער איז שוין געווען פֿאַר 12 ביַיַ נאַכט, ווען הדסה איז צוריקגעקומען פֿון טעאַטער. זי איז דאָרט געווען מיט דינהלען אויף אַן אָוונט פֿון אַן ענגלישער אַקטריסע. זי האָט געגעבן אַ פֿאָרשטעלונג פֿון "טעאַטער אין איין פערזאָן" – געלייענט אַ ווערק פֿון אַן ענגלישער שריַיַבערין. הדסה איז צוריקגעקומען אַנטוישט. אויך דינהלע איז נישט געווען באַגיַיַסטערט – אַזוי האָט זי מיר היַיַנט געזאָגט דורכן טעלעפֿאָן. און וויַיַל דאָס איז דער זשאַנער פֿון שוישפיל, מיט וועלכע הדסה פֿאַרנעמט זיך די לעצטע יאָרן, איז דער שמועס אַוועק אויף דער טעמע: "זיי" און ביַיַ "אונדז". ביַיַ "זיי" מיינט די גרויסע וועלט, די גויים, ענגליש – די שפראַך מיט ברייטע מעגלעכקיַיַטן; ביַיַ "אונדז" – ייִדיש, די שמאָלע פעריפֿעריע, די שפראַך מיט אירע קליינע, געעלטערטע פובליקומס. די טאַלאַנטן ווערן צעטרענצלט, נישטאָ ווער עס זאָל זיך פֿאַרנעמען מיט זיי. דער אַרויסטריט פֿון דער ענגלישער אַקטריסע איז וויַיַט נישט קיין שעדעווער, אָבער זי ברענגט אַ פֿאָרשטעלונג פֿון אַ וועלטקולטור. הדסה איז נישט געווען נידערגעשלאָגן, ניין, זי האָט נישט באַדויערט וואָס זי איז געגאַנגען אויף דעם אָוונט, הגם זי האָט נישט קיין סך געלערנט פֿון אים. זעענדיק די ענגלישע אַקטריסע אין יענעם ספעקטאַקל, האָט זי תופס געווען איר אייגענעם ווערט, נישט געקוקט אויף די באַגרענעצטע אוידיטאָריעס אין די אָרעמע פרימיטיווע זאַלן. זי האָט געהאַט די סאַטיספֿאַקציע פֿון דערקענען זיך אַליין, אָבער מיר האָט וויי געטאָן אויף די שיינקיַיַטן, וואָס ווערן צעפטרט בלויז דערפֿאַר, וויַיַל זיי ווערן דערלאַנגט אויף אַ שפראַך וואָס אַ דריטל פֿון אירע רעדערס און קאָנסומענטן זענען געוואָרן אויסגעהרגעט. הייסט עס, אַז נישט די קוואַליטעט איז וויכטיק, נאָר די צאָל פֿון די געברויכערס. איך, דער פאָעט, האָב כאָטש אַן אילוזיע, אָז מיַיַן וואָרט, אפילו ווען געשריבן פֿאַר געציילטע און געראַטעוועטע, וועט בליַיַבן און עקסיסטירן, ביז עס וועט קומען עמעצער און וועט דאָס אַנטפֿלעקן פֿאַר דער גאַנצער וועלט. מיַיַן וואָרט קען זיך אַזוי צעפֿלאַקערן, אַז מיליאָנען זאָלן עס דערזען – אין אַלע שפראַכן דערהערן. האָפֿן און גלייבן איז אַלעמען דערלויבט. וואָס זאָל אָבער טאָן דער שוישפילער, וואָס לעבט בלויז אין זיַיַן ציַיַט און איז באַגרענעצט אין איר און פֿון איר מיט זיַיַנע חנען און באַוועגונגען? די ניואַנסן פֿונעם קינסטלערישן וואָרט, וואָס אַנטפֿלעקן זיך אַזוי און נישט אַנדערש, נאָר אַ דאַנק דער שטימע און דעם קערפער פֿון דער, און נישט קיין אַנדערער אַקטריסע, וועלן נישט ווערן פֿאַראייביקט אפילו דורך אַ פֿילם. דאָס איז די איינמאָליקסטע פֿאָרעם פֿון קונסט, מער נאָך ווי מאָלעריַיַ. קיינער וועט אין הונדערט יאָר אַרום נישט קענען זיך פֿאָרשטעלן ווי אַזוי אַ ייִדישע אַקטריסע האָט געלייענט שלום-עליכמס "טוביה דער מילכיקער", שלום אַשס "דאָס שטעטל", איציק מאַנגערס באַלאַדעס. דאָס וועט אַוועקגיין מיט איר אויף אייביק. דאָס איז הדסה קעסטין. ווען איך טראַכט וועגן דעם, פֿאַרשטיי איך, און באַרעכטיק, אירע שווערע שטימונגען, פונקט ווי איך ווער פֿאַרכאַפט פֿון אירע פלוצלינגדיקע דערהויבונגען. איך וויל גלייבן, אַז זי קען דערגיין צו אַ רגע, וואָס וועט גענוג זיַיַן אַ בליץ צו טאָן אומעטום, מחוץ דעם באַגרענעצטן שטח פֿון איר שפראַך.
דעם 23סטן אָקטאָבער. הדסה שלאָפֿט נאָך. זי איז צוגעוויינט צו שלאָפֿן שפעטער. ווען זי האָט נאָך געשפילט אין טעאַטער, פֿלעגט זי אַהיימקומען פֿון די אָפֿטע אַרויספֿאָרן שפעט ביַיַ נאַכט. פֿון דעמאָלט אָן גייט זי שלאָפֿן שפעט און שטייט אויף שפעט. דאַסע איז יינגער פֿון מיר מיט 16 יאָר. מיר זענען פֿאַרשיידן נישט בלויז אין עלטער, נאָר אויך אין כאַראַקטער און דערציִונג. ווען מיר האָבן חתונה געהאַט, איז זי אַלט געווען פֿיר און צוואַנציק יאָר. זי האָט ליב געהאַט צו פֿאַרברענגען, צו טאַנצן און גיין אויף פֿאַרוויַיַלונגען. זי האָט דעמאָלט געלערנט אין דער פֿוילישער טעאַטער-אַקאַדעמיע און איר געזעלשאַפֿט איז געווען כמעט דורכאויס אַ פוילישע, סטודענטן און פראָפֿעסאָרן פֿון דער טעאַטער-שול. איך בין געווען אַ שטובזיצער, אַ צוגעבונדענער צום שריַיַבטיש, און אויב איך בין אַרויסגעגאַנגען, איז דאָס בעיקר געווען אויף זיצונגען און פֿאַרזאַמלונגען. מיר זענען אַזוי אַנדערש, און דערביַיַ – מיט אַזוי פֿיל פֿעדעם צונויפֿגעבונדענע, די מיינסטע פֿון די פֿעדעם זענען אינטימע, מע קען זיי קוים דערזען. [אָבער זיי זענען אומעטום, ווי די ליבע.] ווען כ'בין אויפֿגעשטאַנען, האָב איך אַ קוק געטאָן אויף איר. איר פנים איז געווען איַיַנגעגראָבן אין קישן, אין די געדיכטע, צעשויבערטע האָר. און אַזוי ווי כ'לעב איצט אין עטלעכע תקופות מיט אַ מאָל, איז מיר איַיַנגעפֿאַלן, אַז ווען כ'בין געקומען מיט דינהלען קיין מאָסקווע, איז הדסה אַלט געווען צוואַנציק יאָר. זי איז דעמאָלט געווען מיט איר מוטער אין סאַראַטאָוו. דער פֿאָטער איז געווען אין באַלאַגערטן לענינגראַד, אין דער סאָוויעטישער אַרמיי. דער גורל האָט איר געפֿירט אויף אומוועגן, אפשר מיט דער אויסרעכענונג פֿונעם גורל, אַז זי זאָל זיך באַגעגענען מיט מיר אין פֿיר יאָר אַרום. דערוויַיַל האָט מען מיך מיטן קינד אַוועקגעפֿירט אין דער וויַיַסרוסישער "צוזאַמענוווינונג". ווי איך האָב שוין געשריבן, האָב איך זיך גערעכנט פֿאַר אַ וויַיַסרוסישן שריַיַבער. די באַלעבאָסטע פֿון דעם "האָטעל" איז געווען אַ גוטע פֿרוי, אָבער איר איז שווער געווען צו האַלטן די אָרדענונג אין אַזאַ ענגשאַפֿט און מיט דעם אָנגעלויף פֿון פליטים. די צוזאַמענוווינונג האָט נישט פֿאַרמאָגט די נייטיקע היגיענישע איַיַנריכטונגען. ס'איז נישט געווען קיין מעגלעכקיַיַט ווי געהעריק זיך צו וואַשן, נישט צו רעדן וועגן אויסבאָדן זיך. דינהלע, אַ קינד פֿון צוויי יאָר, איז דאָרט אַריַיַנגעפֿאַלן אין דער געזעלשאַפֿט פֿון פֿרעמדע, דערוואַקסענע מענטשן, און זי האָט נישט געוווּסט וואָס מיט זיך צו טאָן. איך האָב אָנגעהויבן אַרומלויפֿן און באַמיִען זיך צו באַקומען אַן אָרט פֿאַר איר אין אַ קינדערהיים, און ווען דאָס איז מיר ענדלעך געלונגען, איז מיר געוואָרן אַ ביסל ליַיַכטער. כ'האָב געהאַט אַ מעגלעכקיַיַט אַריַיַנצוכאַפן זיך אויף עטלעכע שעה אין דער לענין-ביבליאָטעק, אין שטודירזאַל, לייענען דאָרט, און שריַיַבן. אין פֿאַרגליַיַך מיט דער "צוזאַמענוווינונג" אויף פעטראָווקע-גאַס זענען די באַדינגונגען אין דער לענין-ביבליאָטעק געווען אידעאַלע. ס'איז געווען וואַרעם און ציכטיק. אין די לייען-צימערן איז די שטילקיַיַט געווען אָבליגאַטאָריש אַן אַבסאָלוטע. געווינטלעך קען איך נישט שריַיַבן אין דער קעגנוואַרט פֿון אַנדערע מענטשן. אין דער מלחמה-ציַיַט האָב איך דאָס זיך אויסגעלערנט. איך האָב באַקומען די פֿעיִקיַיַט זיך אויסצושליסן פֿון דער סביבה, נישט זען און פֿילן די מענטשן אַרום מיר און קאָנצענטרירן זיך אין דעם וואָס איך טו. און נאָך אַ וויכטיקע זאַך: אין דער לענין-ביבליאָטעק האָב איך באַקומען די לעצטע ווערק פֿון די אַמעריקאַנער ייִדישע פאָעטן. געבליבן איז מיר אויך ציַיַט צו טרעפֿן זיך מיט די ייִדישע שריַיַבערס. מאָסקווע איז אַלץ מער געוואָרן אַ זאַמל-צענטער פֿון די ייִדישע שריַיַבערס פֿון אַלע געגנטן אין ראַטן-פֿאַרבאַנד און אויך פֿון די שריַיַבערס-פליטים פֿון פוילן, ליטע און לעטלאַנד. די באַציונג פֿון די סאָוויעטישע ייִדישע שריַיַבערס צו די היימלאָזע חברים איז געווען, ווי שוין דערמאָנט, אַ וואַרעמע, אַ האַרציקע. די האָפֿעניש, אַז נאָך דער מלחמה וועט אויך אין ראַטן-פֿאַרבאַנד ווערן אַנדערש, פריַיַער, האָט די סאָוויעטישע ייִדישע חברים געמאַכט אָפֿענער, צוגענגלעכער. דעמאָלט האָבן נאָך אַלע כמעט געגלייבט, אַז דער מלחמה-בונד צווישן די סאָוויעטן און די מערבדיקע דעמאָקראַטישע לענדער וועט אָנהאַלטן אויך אין די ציַיַטן פֿון קומענדיקן שלום. יעדן טאָג פֿלעגן מיר זיך טרעפֿן אין עסזאַל פֿונעם שריַיַבער-פֿאַריין. מיר האָבן באַקומען ספעציעלע טאַלאָנען אויף די דאָרטיקע מיטאָגן. מיר, די שריַיַבערס, זענען געווען צווישן די יחסנים פֿון דער מדינה און מיר האָבן באַקומען אַ ספעציעלע בעסערע באַשפיַיַזונג. די ייִנגערע פֿון צווישן די שריַיַבערס האָבן כמעט אַלע געגעסן אין שריַיַבערקלוב, די עלטערע, די מער באַרומטע און די פֿאַמיליע-מענטשן, האָבן נישט געגעסן די מיטאָגן אין פֿאַריין. זיי, דער עיקר די אָרדען-טראָגערס, האָבן באַקומען נאָך אַ העכערע קאַטעגאָריע פֿונעם שפיַיַז-פאיאָק – און ס'האָט זיי בעסער געלוינט צו נעמען די פראָדוקטן אַהיים. די ווינטער-חדשים 1945-1944 האָבן זיך אָנגעהויבן מיט ניַיַע נצחונות פֿון די אַליִיִרטע כמעט אויף אַלע פֿראָנטן. אין דעם ווינטער האָט די סאָוויעטישע אַרמיי פֿאַרענדיקט דאָס באַפֿריַיַען די פוילישע ערד. מיר האָבן זי באַגלייט מיט אונדזערע לידער. מיר זענען דעמאָלט אויף אייביק אַריַיַן אין די שאָטנס פֿון אונדזערע אומגעקומענע, צווישן זיי – מיַיַן ייִנגסטער ברודער מנשה אין באַראַנאָוויטשער וואַלד. איך האָב זיך שוין געהאַט דערוווּסט, אַז די דיַיַטשן האָבן אים דאָרט דערשאָסן. אָבער ווען כ'בין אָנגעקומען קיין מאָסקווע, זומער 1944, איז די סאָוויעטישע אַרמיי ערשט געהאַט אַריַיַנגעדרונגען אין די אַלטע גרענעצן פֿון פוילן. די סאָוויעטישע רעגירונג האָט גענומען גרייטן די באַזעס און אָרגאַניזאַציעס פֿאַר דער קומענדיקער פוילישער רעגירונג, די אַרמיי פֿון גענעראַל בערלינג האָט געדאַרפֿט זיַיַן דער קערן פֿון דער פוילישער אַרמיי. פאַראַלעל מיט דעם איז געשאַפֿן געוואָרן אַ פאַראַ-קאָמוניסטישע פאָליטישע אָרגאַניזאַציע אונטער דעם נישט-באַשיידענעם, קלינגענדיקן נאָמען "ז.פ.פ" – "זוויאָנזעק פאַטריאָטאָוו פאָלסקיך" (פֿאַרבאַנד פֿון פוילישע פאַטריאָטן – ז.פ.פ.) [דאָס שעפֿטום איבערן פוילישן פאַטריאָטן- פֿאַרבאַנד איז איבערגעגעבן געוואָרן דער באַקאַנטער פוילישער שריַיַבערין וואַנדאַ וואַשילעווסקאַ. זי האָט נושא חן געווען אין סטאַלינס אויגן נאָך אין יאָר 1939, באַלד נאָכן טראַגישן פוילישן סעפטעמבער, ווען זי איז, ווי אַנדערע קאָמוניסטישע טוערס און שריַיַבערס, אַנטרונען אין ראַטן-פֿאַרבאַנד. איצט, ביַיַם אויפֿשטעלן די געזעלשאַפֿטלעכע באַזע פֿאַר דער קומענדיקער הערשאַפֿט אין פוילן, איז זי געוואָרן אַוועקגעשטעלט בראַש פֿון דעם ז. פ. פ.] די אידעאָלאָגעשע ראַמען פֿון דער אָרגאַניזאַציע זענען געווען זייער ברייטע. אין איר האָבן, לויט דער רעצעפט פֿון סאָוויעטישן פאַטריאָטיזם, געדאַרפֿט אַריַיַנגיַיַן פֿאָרשטייערס פֿון אַלע סאָציאַלע שיכטן און פֿון אַלע פאָליטישע ריכטונגען צווישן די אָפשטאַמיקע פֿון פוילן, וואָס האָבן בעת דער מלחמה זיך געפֿונען אין ראַטן-פֿאַרבאַנד. אין דעם "פאַטריאָטן-פֿאַרבאַנד" האָבן אויך געדאַרפֿט אַריַיַן פֿאָרשטייערס פֿון די פֿאַרשיידענע ייִדישע פאָליטישע גרופירונגען. די וויכטיקיַיַט פֿון דעם ייִדישן אָנטייל אין ז.פ.פ. האָט געהאַט אַ באַזונדערן באַטיַיַט צוליב דער גרויסער צאָל ייִדן צווישן די פליטים פֿון פוילן, און אויך דערפֿאַר, וויַיַל דער איַיַנפֿלוסריַיַכער ייִדישער ייִשוב אין אַמעריקע איז געשטאַנען בראש פֿון דער הילפֿאַקציע פֿאַר די פוילישע בירגער אין ראַטן-פֿאַרבאַנד. דערביַיַ איז אויך געווען אַ וויכטיקער פסיכאָלאָגישער מאָמענט: דער אָנטייל פֿון ייִדן אין דער פאָליטיש-געזעלשאַפֿטלעכער קאָנסטעלאַציע פֿונעם ניַיַעם פוילן האָט געדאַרפֿט האָבן אַ שטאַרקע ווירקונג פֿאַרן אָרגאַניזירן די סימפאַטיע און דעם צוטרוי צום ניַיַעם נאָכמלחמהדיקן פוילן. זיי זענען דאָך געווען די הויפט-געליטענע פֿון דער היטלערישער אָקופאַציע אין פוילן, זיי האָט מען כמעט טאָטאַל אויסגעראָטן, און די בערך דריי הונדערט טויזנט ייִדן, געראַטעוועטע אין ראַטן-פֿאַרבאַנד, האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט דעם וויכטיקסטן טייל פֿון דער שארית הפליטה. אין יענעם יאָר 1944, ווען אין די טויטלאַגערס אויף דער פוילישער טעריטאָריע האָבן נאָך גערייכערט די קוימענס פֿון די קרעמאַטאָריעס און איבער די וועגן האָבן אָנגעהויבן בלאָנדזשען די געציילטע לעבן-געבליבענע ייִדן, האָט די "פֿריַיַע וועלט" נאָך באַקומען אַ שולדגעפֿיל לגבי דעם פֿאָלק וואָס איז אויסגעהרגעט געוואָרן פֿאַר אַלעמען אין די אויגן, טאָג נאָך טאָג. אין נאָמען פֿון די ייִדישע קרבנות איז ליַיַכטער געווען צו אָרגאַניזירן נישט בלויז די פאָליטישע און מאָראַלישע שטיצע, נאָר אויך די מאַטעריעלע הילף. מע דאַרף אויך נישט פֿאַרגעסן, אַז צווישן די פוילישע ייִדן אין ראַטן-פֿאַרבאַנד האָבן דעמאָלט זיך געפֿונען די ווייניקע געבליבענע קאַדערן פֿון דער פֿאַרמלחמהדיקער ק.פ.פ. (די קאָמוניסטישע פאַרטיי פֿון פוילן), צווישן זיי – וויכטיקע פאָליטישע פֿאָרשטייערס פֿון דער פאַרטיי. דער מיטעלער שיכט פֿונעם אַקטיוו איז נייטיק געווען אויף צו באַזעצן די אַמטן אין ניַיַעם פוילן, ספעציעל אויף די געביטן פֿון מלוכישער זיכערקיַיַט און ווירטשאַפֿט; צווישן דער אָרטיקער פוילישער באַפֿעלקערונג זענען די שטימונגען געווען, מער נאָך ווי אַנטי-קאָמוניסטישע – אַנטי-רוסישע, נאָך פֿון די אַמאָליקע ציַיַטן. צווישן די ייִדישע קאָמוניסטן פֿון פוילן איז אַ גרויסער טייל געווען שפראַכלעך און קולטורעל אַסימילירט און אים זענען לחלוטין נישט אָנגעגאַנגען באַזונדערע נאַציאָנאַל-ייִדישע אַספיראַציעס. יאַקוב בערמאַן איז פֿאַר דער מלחמה דווקא יאָ געווען פֿאַרבונדן מיט די ייִדישע קאָמוניסטן און זייער אַרבעט אין דער ייִדישער סביבה, אָבער איצט, ביַיַ דער ניַיַער קאָניוקטור, איז ער אַוועק פֿון זיי, און איבערגענומען די וויכטיקע אויפֿגאַבע וואָס יאָסיף סטאַלין אַליין האָט אים אָנגעטרויט: אַוועקלייגן די פאָליטיש-אידעאָלאָגישע און אָרגאַניזאַציאָנעלע יסודות פֿונעם קאָמוניסטישן פוילן. וויַיַזט אויס, אַז ביַיַ יאַקוב בערמאַנען איז פֿון דעסטוועגן געבליבן אַ יידישער סענטימענט פֿון די אַלטע ציַיַטן: אויף זיַיַן איניציאַטיוו איז אָרגאַניזירט געוואָרן דער ייִדישער קאָמיטעט ביַיַ ז.פ.פ. די אויפֿגאַבע אַדורכצופֿירן דאָס אָרגאַניזירן דעם קאָמיטעט האָט ער איבערגעגעבן זיַיַנע באַקאַנטע פאַרטיי-חברים פֿון אַ מאָל, בער מאַרק און דוד ספאַרד. הינטער זיי איז געשטאַנען שמואל זאַכאַריאָש. זיי האָבן געדאַרפֿט זיַיַן די מענטשן, וואָס דאָמינירן אין דער אַרבעט פֿון קאָמיטעט. כדי צו שאַפֿן אין דער וועלט, דער עיקר אין אַמעריקע, דעם איַיַנדרוק וועגן דער אומפאַרטיייִשקיַיַט פֿונעם ייִדישן קאָמיטעט ביַיַ ז.פ.פ., האָט מען אין אים פֿאַרבעטן אויך פֿאָרשטייערס פֿון אַנדערע פאָליטישע ריכטונגען, ווי למשל, דעם געוועזענעם ציוניסטישן סיים-דעפוטאַט זאָמענשטיין, דעם רב סאָראָטשקין, לעאָ פֿינקעלשטיין, אידאַ קאַמינסקאַ. מאַרק און ספאַרד האָבן פֿאַרלאָזט די וויַיַסרוסישע "צוזאַמענוווינונג" און אַוועק וווינען אין דעם רעפרעזאַנטאַטיוון האָטעל "מאָסקוואַ". אויך מיר האָבן פֿאַרלאָזט דעם וויַיַסרוסישן "האָטעל", וויַיַל מיר זענען געוואָרן אויס וויַיַסרוסישע "אונטערטאַנען" און אומגעקערט זיך צו דער פוילישער אָנגעהעריקיַיַט. זיַיַן אַ פוילישער "פאַטריאָט" איז שוין געווען אַ גאַנץ גליַיַכע זאַך: פוילן איז געוואָרן אַ פֿאַרבינדטע מיטן ראַטן-פֿאַרבאַנד. אָבער מיר, ייִדישע שריַיַבערס אָן פאָסטנס אין ז.פ.פ., האָבן נישט באַקומען קיין צימערן אין האָטעל "מאָסקוואַ", נאָר אין אַ דריטראַנגיקן האָטעל אין דער מאָסקווער פֿאָרשטאָט מאַרינאַ ראָשטשאַ. דאָרט האָב איך געוווינט אין איין צימער מיט לייב אָליצקי און זיַיַן פֿרוי, משה בראָדערזאָן און דעם זשורנאַליסט לענעמאַן. אָבער אויך אונדז האָט זיך געלוינט צו ווערן "פאָליאַקן". צו דער דיספאָזיציע פֿון די ז.פ.פ.-מיטגלידער איז געשטעלט אַ פֿאַרמאַכטער ספעצ-מאַגאַזין, וווּ מ'האָט געקריגן פֿון כל-טוב, אפילו אַזעלכע דעליקאַטעסן ווי איקרע און בעלוגע. [די פוילישע קראָם האָט זיך געפֿונען אין צענטער. דאָרט האָבן געאַרבעט פוילישע מיידלעך. זיי האָבן גערעדט פויליש. ווען חיים גראַדע האָט דאָרט געמאַכט די קניות, פֿלעגט ער זיך מאַטערן מיט זיַיַן פויליש לשון. וועגן דעם האָט מען זיך דערציילט ווידער בעת מיר האָבן געמיטאָגט אין שריַיַבערקלוב] אין דער קורצער תקופה – צווישן דעם שאַפֿן פֿונעם ייִדישן קאָמיטעט ביַיַ ז.פ.פ. ביז דער מאַסן-רעפאַטריאַציע פֿון די פוילישע ייִדן – האָט בכלל זיך געפֿילט אַ פֿריַיַער אַטמאָספֿער אין ראַטן-פֿאַרבאַנד. די סאָוויעטישע אַרמייען האָבן געשטורעמט די פֿראָנטן און געגאַנגען פֿון זיג צו זיג. ביַיַ די סאָוויעטישע ייִדן איז ווידער אויפֿגעקומען די האָפֿענונג וועגן אַ ייִדישער רעפובליק אין קרים, וואָס איז נאָך דער מלחמה אויסגעליידיקט געוואָרן פֿון די טאַטאַרן. היות ווי עס זענען צווישן זיי געווען קאַלאַבעראַנטן מיטן נאַצישן אָקופאַנט, האָט מען זיי אַלע אַרויסגעשיקט פֿון זייער אויטאָנאָמער געגנט. אין זייערע היַיַזער האָבן שוין געוווינט אוקראַינער, אָבער ס'איז נאָך געבליבן גענוג אָרט, און ס'וואָלט געווען אַ יושר, אַז מע זאָל דאָרט באַזעצן די יידישע פליטים פֿון די שטעטלעך אין אוקראַינע און וויַיַסרוסלאַנד, וואָס די דיַיַטשן האָבן חרוב געמאַכט. איז דאָך אין קרים, נאָך פֿאַר דער מלחמה, געווען אַ ייִדישער בליענדיקער צענטער, מיט ייִדישע קאָלכאָזן און קולטור-אינסטיטוציעס. אין די סאָוויעטיש-ייִדישע ליטעראַרישע קריַיַזן איז אויפֿגעגאַנגען דער חלום וועגן אַ ניַיַעם פֿונאַנדערבלי פֿון דער ייִדישער קולטור – דער איינציקער לעגאַלער נאַציאָנאַלער אויסדרוק פֿונעם ייִדישן לעבן אין ראַטן-פֿאַרבאַנד. אויף די דאָרטיקע ייִדישע פערזענלעכקיַיַטן איז נאָך געלעגן דער פחד פֿון די דריַיַסיקער יאָרן. זיי זענען געווען פֿאָרזיכטיק און אַליין זיך געצוימט, אָבער אין די געשפרעכן מיט אונדז, די "פוילישע", האָבן זיי אָפֿט אָנגעהויבן רעדן אַן אייגענע, מענטשלעכע שפראַך. זיי האָבן שוין געוווּסט, אַז מיר וועלן זיך אומקערן קיין פוילן – אין אַן אַנדער אַטמאָספֿער, נישט קיין סטעריליזירטע דורך דער קאָמוניסטישער פאַרטיי – און אונדז וועלן דערלויבט זיַיַן גרעסערע פֿריַיַהיַיַטן. זיי האָבן אונדז מקנא געווען, הגם אין די שמועסן מיט אונדז האָבן זיי נישט אויפֿגעהערט צוצורעדן דעם אָדער יענעם צו בליַיַבן אין ראַטן-פֿאַרבאַנד און אָפזאָגן זיך פֿון דער רעפאַטריאַציע. די סאָוויעטישע ייִדישע קולטור-טוערס און שריַיַבערס זענען געווען אויסגעהונגערט נאָך אַ קאָנטאַקט מיט דער דרויסנדיקער ייִדישער וועלט. זיי האָבן געוואָלט אויף אַ וועלכן ס'איז אופן זיך פֿילן ווי אַ טייל פֿונעם ייִדישן וועלטפֿאָלק. די טראַגעדיע פֿונעם ייִדישן אומקום איז געווען אַ שטאַרקער סטימול פֿאַר נאַציאָנאַלער סאָלידאַרישקיַיַט, די באַפֿיַיַונג קאַמפֿן אין ארץ-ישראל האָבן אויך מיטגעווירקט פֿאַרן דראַנג צו אייניקיַיַט. אין יענע שטימונגען צווישן די סאָוויעטישע נאַציאָנאַל-באַוווּסטזיניקע ייִדישע קריַיַזן, זענען די פוילישע ייִדן, ווייניקער אָנגערירטע פֿון דער אַסימילאַציע, געווען דער פֿאַרבינדונג פֿון די סאָוויעטישע ייִדן מיט די אַנדערע טיילן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. מעכטיקע מאַניפֿעסטאַציעס פֿון ייִדישער סאָלידאַרישקיַיַט זענען אין יענעם לעצטן מלחמה-יאָר פֿאָרגעקומען אויף די יזכור-אָוונטן נאָך דעם אומגעבראַכטן פוילישן ייִדנטום. עס זענען שוין געווען פֿאַרעפֿנטלעכט די באַריכטן פֿון די אויספֿאָרשונג-קאָמיסיעס אויף די באַפֿריַיַטע געביטן, און דער חורבן פֿונעם ייִדישן לעבן אין מזרח-אייראָפע איז שוין מער נישט געווען קיין אינפֿאָרמאַציע, אין וועלכער ס'איז שווער געווען און ס'האָט זיך נישט געלוינט צו גלייבן. די בילדער האָבן גערעדט פֿאַר זיך. די ייִדישע סאָלדאַטן פֿון די באַפֿריַיַונג-אַרמייען האָבן זיך אַריַיַנגעריסן אין די טויטלאַגערס, אין די פֿאַרברענטע ייִדישע געטאָס. צו פֿיל אויגן האָבן דערזען דעם גרויל, און ער האָט ענדלעך אָנגעהויבן אַריַיַנדרינגען אין די געפֿילן און אין באַוווּסטזיַיַן פֿון די פֿעלקער. אין דער סיטואַציע האָבן די ייִדישע שריַיַבערס און פאָעטן פֿון פוילן דערפֿילט זיך ווי די, אויף וועמען עס ליגט דער חוב צו ברענגען די בילדער פֿון חורבן פֿאַר די אויגן פֿון דער גאַנצער וועלט: די ייִדן פֿון פוילן זענען געוואָרן די וויכטיקסטע עדות פֿון די דיַיַטשישע רציחות. פֿאַר זייערע שריַיַבערס און פאָעטן האָבן נישט עקסיסטירט די חקירות, צי דער חורבן און ווידערשטאַנד קענען באַהאַנדלט ווערן מיט די אָנגענומענע קינסטלערישע מאָסן. זיי האָבן אפילו נישט געטראַכט, אַז זיי שריַיַבן קינסטלערישע ווערק – זיי האָבן פשוט איבערגעלאָזן דערשיטירנדיקע דאָקומענטן פֿאַר די קומענדיקע דורות. פֿון אַמעריקע האָט אָנגעהויבן אָנקומען די הילף, אויך די מאַטעריעלע, פֿאַר די היימלאָזע אויסגעמאַטערטע מענטשן. דאָס פֿונאַנדערטיילן די מלבושים און שפיַיַזפראָדוקטן איז געוואָרן אַ וויכטיקער טייל אין דער אַרבעט פֿונעם ייִדישן אָרגאַניזיר-קאָמיטעט ביַיַ ז.פ.פ. די קליידער פֿון די אַמעריקאַנער טראַנספאָרטן זענען, נאַטירלעך, נישט געווען "פֿון דער לעצטער מאָדע". אַזוי, למשל, איז מיר באַשערט געווען צו באַקומען אַנשטאָט אַ רעקל – דעם אייבערשטן טייל פֿון אַ וואַרעמער פידזשאַמע, און איך האָב דאָס געטראָגן אויף דעם אָוונט לכבוד מיר אין סאָוויעטישן שריַיַבערקלוב. כ'האָב זיך געפֿילט גאַנץ גוט אין דעם. פֿאַראַן מענטשן, וואָס געדענקען נאָך ווי איך האָב אין דעם מלבוש געלייענט מיַיַנע לידער. די הויזן ווידער, וואָס מע האַט מיר געגעבן, זענען געווען, וויַיַזט אויס, פֿון אַ פאָליציַיַ-מונדיר. אין זיי איז געווען אַ שמאָלע, לאַנגע קעשענע, מסתמא פֿאַר אַ גומענער פּאַלקע. אויך די קאָנסערוון זענען געווען פֿון אַ מין, וואָס ווערט שנעל צוגעגעסן. ספעציעל האָבן אין דעם זיך אויסגעצייכנט די גרויסע פושקעס פֿונעם פֿעטן חזיר-פֿלייש מיטן נאָמען "טושאָנקאַ". זיי האָבן אָבער געהאַט די מעלה, אָז די רוסישע מענטשן האָבן זיי צעכאַפט אויפֿן מאַרק און פֿאַר דעם געלט האָט מען געקענט קויפֿן פֿרישע פראָדוקטן. בער מאַרק און דוד ספֿאַרד זענען געווען די אַקטיווסטע אין יענער געזעלשאַפֿטלעכער אַרבעט. זיי האָבן ליב געהאַט די טעטיקיַיַט און געהאַט דאָס געפֿיל, אַז זיי טוען אַ וויכטיקע זאַך. ביידע זענען זיי גרייט געווען איבערצולאָזן זייערע ליטעראַרישע אַמביציעס אויף שפעטער און פֿאַרנעמען זיך מיט פראַקטישע, דרינגענדיקע ענינים. בער מאַרק אָבער האָט פֿאַרמאָגט אַזאַ שאַפֿערישע טריַיַבקראַפֿט, אַז אפילו אין ברען פֿון זיַיַן געזעלשאַפֿטלעכער טעטיקיַיַט האָט ער געפֿונען ציַיַט און ענערגיע אָנצוהויבן זיַיַן מאָנומענטאַלע אַרבעט וועגן דער געשיכטע פֿונעם וואַרשעווער געטאָ. די שויבן אין דער "צוזאַמענוווינונג" אויף פוטיאָווקע זענען נאָך געווען באַדעקט מיט שוואַרץ פאַפיר, כדי דאָס ליכט פֿון אינעווייניק זאָל נישט אַדורך – אַ פֿאַרמאַסקיר-מיטל קעגן אַן עווענטועלן אָנפֿלי פֿון דער פֿיַיַנטלעכער אַוויאַציע. אָבער ווען אַ שטאָט איז אָפגענומען געוואָרן דורך דער סאָוויעטישער אַרמיי, און לכבוד דעם האָט מען געגעבן אַ סאַליוט, איז דאָס ליכט פֿון די פֿיַיַערווערק אַריַיַנגעדרונגען פֿון דרויסן. דער האַרמאַטן-זאַלפ און די אַלומינאַציע-קאַנאָנאַדע זענען געווען ווי בשורה-ברענגערס פֿון אַ גרויסער ישועה. אין די אָוונטן בין איך דעמאָלט אָפֿט געבליבן אַליין אין דעם צימער, דעם אָנגעשטעלטן מיט די בעטלעך. די "לאָקאַטאָרן" פֿלעגן זיך צעגיין איבר דער שטאָט, זיי איז שווער געווען איַיַנצוזיצן אין שטוב. איך האָב אויסגענוצט דאָס בליַיַבן אַליין, אַרויפֿגעלייגט די ביליקע בייגעלעך פאַפיר אויפֿן טיש, און מיט דעם פֿיאָלעטן, סאָוויעטישן טינט געשריבן מיַיַנע שמאָלע שורות, שוין מיטן צעקאַליעטשעטן ייִדיש – מיט די קרומע נונען און אָפֿענע פייען כאַווען צום סוף פֿונעם וואָרט, און מיט די נאַטוראַליזירטע העברעיִזמען. איך וווּנדער זיך איצט, ווי שנעל כ'האָב זיך צוגעוויינט צו יענעם אויסלייג. איך חידוש זיך אויך, ווי אַזוי דאָס האָט מיר נישט געשטערט ביַיַם שריַיַבן און ביַיַם אָפהיטן די נאַטירלעכקיַיַט פֿונעם בילד, די פֿרישקיַיַט פֿונעם געפֿיל; נאָך אַ באַוויַיַז, אַז צו יעדער שטערונג געוויינט מען זיך צו, אויב קיין ברירה איז נישטאָ דעם 17טן יאַנואַר אין אָוונט האָב איך דערהערט אין ראַדיאָ-הילכער לעוויטאַנס מעטאַלענע שטימע. דאָס מאָל האָט זי געקלונגען נאָך מער פֿיַיַערלעך. איך האָב דערהערט די בשורה, אָז וואַרשע איז באַפֿריַיַט געוואָרן דורך דער סאָוויעטישער אַרמיי. אַ זעלטענער ריטעם איז געווען אין דעם דיקטערס רוסישע ווערטער "נאַשי וואָייסקאַ זאַניאַלי גאָראָד וואַרשאַוואַ". נאָכן סאָוויעטישן הימען האָט אַ הילך געטאָן דער סאַליוט פֿון די האַרמאַטן. אין קאָרידאָר האָט געקלונגען דער טעלעפֿאָן. כ'בין צוגעגאַנגען – פֿון יענער זיַיַט ליניע איז געווען רחל בוימוואל. זי טעלעפֿאָנירט מיר, כדי אָנצוזאָגן די בשורה, אָז וואַרשע, מיַיַן געבוירן שטאָט, איז באַפֿריַיַט. איך האָב אַ וויַיַלע געשוויגן, און זי, די האַרציקע רחל, האָט איבערגעחזרט: "בינעם, דו הערסט? וואַרשע, דיַיַן וואַרשע איז פֿריַיַ, נישטאָ דאָרט מער קיין דיַיַטשן"! ווי אַזוי איז דאָס געשען, אַז כ'בין אויסגעבראָכן מיט אַ געבייזער: "נישטאָ דאָרט קיין דיַיַטשן? נישטאָ דאָרט קיין ייִדן, קיין ייִדן זענען נישטאָ! קיינער איז נישטאָ, קיינער נישט! וואָס איז די גדולה"? רחל האָט זיך פֿאַרלוירן און שטיל געזאָגט: "איך האָב דיך געוואָלט באַגריסן". אין מיַיַן נאַכטשענקל האָב איך געהאַט שטיין אַ פֿלעשל בראַנפֿן. כ'האָב גענומען טרינקן – צו זיך, דעם פוילישן ייִד, דעם וואַרשעווער ייִד, וואָס איז געבליבן איינער אַליין אין דער "צוזאַמענוווינונג" אויף פעטראָווקע-גאַס, אין מאָסקווע. כ'האָב געטרונקען אַ גלעזל נאָך אַ גלעזל, אָבער שיכור בין איך נישט געוואָרן. איך בין צוגעגאַנגען צום טעלעפֿאָן און אָנגעדרייט דעם נומער פֿון רחל בוימוואָלס טעלעפֿאָן: "רחלע, זיַיַ מיר מוחל. כ'ווייס נישט וואָס מיט מיר האָט זיך געטאָן. פֿאַר וואָס האָב איך געשריגן אויף דיר? איך האַלט איצט אַ גלעזל בראַנפֿן אין האַנט און טרינק "לחיים" מיט דיר... פֿאַר וואַרשע"... רחלס מאן, זיאַמע טעלעסין, איז דעמאָלט געווען אין דער סאָוויעטישער אַרמיי, אויפֿן פֿראָנט, אין פוילן. רחל בוימוואָל האָט געוווינט מיט איר מאַן און זון אין אַ צימער ביַיַ אירע עלטערן. זיאַמע איז מאָביליזירט געוואָרן באַלד נאָך דעם ווי די מלחמה איז אויסגעבראָכן. בעת די שווערסטע שלאַכטן איז ער געווען אין פֿיַיַער. דאָס איז געווען איינע פֿון די דריַיַ שטובן אין מאָסקווע, וווּ איך פֿלעג אָפֿט אַריַיַנקומען. וועגן זי און איר משפחה האָב איך שוין געשריבן. דאָרט האָב איך זיך געפֿילט אין דער היים. אַהין האָב איך געקענט קומען צו יעדער ציַיַט און וועגן אַלץ רעדן אָפֿן. זי, איר פָֿטער און מוטער, האָבן געוווּסט וועגן אַלע מיַיַנע צרות און זיי האָבן זיך באַמיט מיר ליַיַכטער צו מאַכן מיט וואָס זיי האָבן נאָר געקענט. נאָך אַ שטוב אין מאָסקווע, וווּ כ'בין אָפֿט אַריַיַנגעקומען, איז געווען ביַיַ שמואל האַלקין, דעם איידעלן מענטש און אויפֿריכטיקן מכניס אורח. [ער פֿלעגט זיך פֿרייען מיט יעדן גאַסט] אין יענע מלחמה-יאָרן זענען זיַיַנע געסט מיינסטנס געווען די פליטים פֿון פוילן, זיַיַנע קאָלעגן די פאָעטן. אַזוי ווי דער נסתר, האָט ער געהאַט אַ ספעציעל וואַרעמע באַציִונג צו די פוילישע ייִדן. פֿאַר די ייִדישע פאָעטן פֿון פוילן האָט ער פֿאַרמאָגט אַ באַזונדערע פֿאַרערונג. ער גופא איז געווען נענטער צו די ייִדישע קוואַלן ווי אַנדערע סאָוויעטיש-ייִדישע פאָעטן, און די ייִדישע פאָעטן פֿון פוילן האָבן זיַיַנע געפֿילן געבראַכט שטאַרקער און אָפֿטער צום אויסדרוק, ווי ער אַליין האָט דאָס געקענט טאָן, סיַיַ צוליב זיַיַן פחד, סיַיַ צוליב דעם סאָוויעטישן "אָפגעוויינען זיך". מיט יעדן ליד פֿון אַ פויליש-יידישן פאָעט האָט ער פשוט זיך געפֿרייט. ס'איז געווען אַ נחת צו הערן, ווי ער ציטירט זייערע שורות, וואָס זענען אים באַזונדערס געפֿעלן געוואָרן. אין אַן אָוונט פֿון אַ יומא דפגרא, און אַ מאָל סתם אַזוי, פֿלעגן אין זיַיַן עסצימער, ביַיַם גרויסן טיש, צונויפֿקליַיַבן זיך ביז אַ צוויי מנינים און זיי האָבן עוסק געווען אין פאָעזיע. זיַיַן סובטילע פֿרוי מאַרי האָט דערלאַנגט כיבוד, אָבער זי איז נישט געווען פאַסיוו בעת די ליטעראַרישע וויכוחים. פֿאַרקערט, זי האָט אָפֿט פֿאַרטיידיקט אירע אייגענע מיינונגען, קעגנזעצלעכע צו די פֿון איר מאַן. דאָס איז געווען אַן אמתער קלוב פֿון פאָעטן. געוויינלעך פֿלעגט איינער פֿון זיי לייענען זייערע ניַיַע לידער, און דערנאָך האָבן די אַנדערע אָנגעהויבן אַרויסזאָגן זיך. אויף אַ נאַטירלעכן אופן איז דער בעל-הבית געווען דער "פֿאָרזיצער". ער איז אויך געווען דער צום מיינסטן באַטייליקטער אין די דיסקוסיעס. האַלקין האָט ליַיַדנשאַפֿטלעך ליב געהאַט לידער – פֿון אַנדערע, און נאָך מער – זיַיַנע אייגענע. זיַיַן מיינונג וועגן אַ ליד פֿלעגט ער פֿאַרטיידיקן מיט אייפֿער. צוליב זיַיַן איבערנעמען זיך האָט ער אָפֿט זיך פֿאַרהאַקט אין מיטן די רייד, ווי ער וואָלט זיך פֿאַרכלינעט. דער ייִנגערער דור סאָוויעטיש-ייִדישע פאָעטן האָבן אים געהאַט צום גערנסטן פֿון אַלע אַנדערע פֿונעם עלטערן דור סיַיַ ווי אַ דיכטער און סיַיַ ווי אַ מענטש. ער אַליין האָט ליב געהאַט די יונגע דיכטערס, מיט זיי צו שמועסן און פֿאַרברענגן. עטלעכע מאָל האָבן מיר זיך אַלע געטראָפֿן ביַיַ רחל בוימוואָל אין שטוב. זייער באַציִונג פֿון אַנערקענונג און פֿאַרערונג איז געווען אַ קעגנזיַיַטיקע. רחל בוימוואָל מיט איר מאַן זיאַמע טעלעסין זענען צווישן דעם ייִנגערן דור פאָעטן געווען פֿון מיַיַנע האַרציקסטע פֿריַיַנד. ווי מיט מאָטל גרוביאַן און משהקע טיַיַף, בין איך מיט זיי געווען אויפֿריכטיק און זיי האָבן מיר אָפגעצאָלט מיטן זעלבן. נאָך מיַיַנע חברים פֿון טלאָמאַצקע 13 האָב איך צו קיינעם נישט געפֿילט אַזאַ נאָענטקיַיַט ווי צו זיי. אין וואַרשע האָב איך זיך געטיילט מיטן לעצטן ביסן מיט ברוך געלמאַן, יצחק פערלאָוו און משה שולשטיין, און דאָ האָבן מיר אָפגעצאָלט מיטן זעלבן די יונגע סאָוויעטישע יידישע פאָעטן. ווען נישט זיי, וואָלט מיר אַ סך שווערער געווען איבערצוהאַלטן די רוסישע ווינטערס. מיט זיי האָב איך אויך געקענט זיַיַן אָפֿן ביז די שאַרפֿסטע מיינונגען – אויב עמעצן פֿון אונדז איז יענעמס אַ ליד נישט געפֿעלן געוואָרן; מיר האָבן זיך "אַריַיַנגעזאָגט", אפילו געזידלט זיך, אויב איינער האָט ביַיַם צווייטן געפֿונען אַ שלעכטע שורה. אָבער ווען אַ חברס אַ ליד איז געפֿעלן געוואָרן, האָט מען נישט געקאַרגט קיין שבחים און געהויבן עס ביזן הימל. אַז איך בין געקומען צו רחלן פֿלעגט זי, דאָס ערשטע, מיר לייענען איר "ליד פֿון טאָג". דערנאָך האָט זי מיך ממש געצוווּנגען, אַז כ'זאָל זיך רעוואַנזשירן. מיר איז דאָס נישט ליַיַכט אָנגעקומען. אין אָנהייב האָב איך זיך געשעמט, אָבער דערנאָך פֿלעג איך זיך דערוואַרעמען און "פֿאַרלירן די בושה". איך פֿלעג זיצן ביַיַ איר ביז שפעט ביַיַ נאַכט. איר ייִנגל איז שוין געשלאָפֿן. אין דעם שוואַכן ליכט האָט שוואַרץ אַרויסגעגלאַנצט דער גרויסער "פֿליגל" – רחלס קלאַוויר. אין משך פֿון לאַנגע ווינטערדיקע וואָכן האָט זי קיין בריוו פֿון זיאַמען נישט געקריגן. ס'פֿלעגט טרעפֿן, אַז אין מיטן די שטילע שמועסן וועגן לידער, וועגן פאָעטן, האָט זי פלוצלינג איבערגעריסן און אַ פֿרעג געטאָן: "וווּ איז זיאַמע"? אַ פֿרעמדער, אַ היימלאָזער, אַן אַנטלאָפֿענער פֿון זיַיַן לאַנד – האָב איך געהאַט וווּ צו עפֿענען אַ טיר, און געהאַט דאָס געפֿיל, אַז פֿון יענער זיַיַט טיר וועל איך געפֿינען אַ פֿריַיַנד, אַ מענטש. ער וועט מיך אויסהערן און איבערנעמען זיך מיט מיַיַנע קוועלן און פֿאַרטראַכטן זיך ווי אַזוי מיר צו העלפֿן. ווי איז מעגלעך צו געדענקן דאָס גאַנצע גוטע וואָס די חברים האָבן צו מיר אַרויסגעוויזן? כ'האָב פֿאַרגעסן אַ סך פרטים, מעשים און רייד, אָבער אין זכרון איז געבליבן די וואַרעמקיַיַט און די ליבשאַפֿט. זיי האָבן צעטיַיַעט די פֿערציקגראַדיקע פֿרעסט.
דעם 26סטן אָקטאָבער. איך האָב איבערגעלייענט דאָס אויבן-פֿאַרשריבענע און אַ טראַכט געטאָן, אַז איצט האָב איך נישט אַזעלכע שטובן, וווּ כ'זאָל חשק האָבן צו עפֿענען די טיר. נישט אַלע פֿריַיַנד זענען געשטאָרבן, אָבער די פֿריַיַנדשאַפֿט איז טויט. אפשר דערפֿאַר, וויַיַל מיר האָבן אויפֿגעהערט צו גלייבן אין איר? אָדער וויַיַל מיר זענען עלטער געוואָרן? פֿריַיַנדשאַפֿט איז פֿאַראַן בלויז ביַיַ יונגע מענטשן. זיַיַ קענען זיַיַן אויפֿריכטיק, זיי זענען נאָך פֿעיִק עפעס אַוועקצוגעבן. די עלטערע האָבן אָנגעזאַמלט צו פֿיל געלט און כבוד, און זיי זענען פֿאַרנומען מיט אָפהיטן עס – פֿאַר זיך און פֿאַר דער ירושה. זיי קענען קיינעמען גאָרנישט נישט פֿאַרגינען, אפילו נישט קיין גוט וואָרט. יעדע שטוב דאָ איז אַ פֿעסטונג. אויך איך האָב זיך פֿאַרבאַריקאַדירט. אַ סך מאָל דוכט זיך מיר, אַז מיַיַן שטאָלענע טיר איז נישט בלויז פֿאַר גנבים, נאָר אויך פֿאַר די שכנים. איך וויל זיַיַן נאָר מיט זיך, מיט די אייגענע, מיט די נאָענטסטע. אין וואָס איז מיַיַן טרייסט? אַז [איך האָב אַ טעות:] די פֿריַיַנדשאַפֿט איז נישט טויט, נאָר זי איז איבערגעגאַנגען צום אַנדערן דאָר – צו יענע, וואָס זענען פֿעיִק ליב צו האָבן און עפעס מקריב צו זיַיַן, וויַיַל זיי האָבן נאָך פֿאַר זיך אַ סך יאָרן, אַ סך האָפֿענונג. זיי האָבן נאָך פֿון וואָס. וואָס נאָך? מיר איז ערשט איַיַנגעפֿאַלן, אַז די קאַלטקיַיַט און דער גליַיַכגילט צווישן די מענטשן נעמט זיך דערפֿון, וואָס איינער דאַרף נישט אָנקומען צום אַנדערן, קיינער לעבט נישט אין נויט, קיינער דאַרף נישט דעם צווייטנס הילף. אין פֿאַרגליַיַך מיט די אַמאָליקע טעג, לויפֿן די איצטיקע רויִק, אָן אויפֿטרייסלונגען. ס'איז פשוט נישטאָ קיין געלעגנהיַיַט אַרויסצוּוויַיַזן דאָס מיטפֿילנדיקע, וואָס איז זיכער נאָך פֿאַראַן אין יעדן פֿון אונדז. אַ באַוויַיַז דערפֿון זענען די מלחמות ביַיַ אונדז אין לאַנד. ווען זיי ברעכן אויס, ווערן די מענטשן תיכף איידעלער און אויפֿמערקזאַמער איינער צום אַנדערן. אין איינעם מיט די מאָביליזירטע אין מיליטער קומט די מאָביליזאַציע פֿון סאָלידאַרישקיַיַט, פֿון אחריות און געמיינזאַמער גורלדיקיַיַט. אמת, דאָס דויערט נישט לאַנג. ווי נאָר מיר גייען אַרויס פֿון דער שאַרפֿער סכנה, פֿאַרשווינדן די גוטע מידות און מיר ווערן די זעלבע וואָס פֿריִער. נישט קיין אָנגענעמער באַוויַיַז דערפֿון איז די מלחמה אין לבנון. דאָס איז געווען אַ מלחמה אָן אַ דויערדיק געפֿיל פֿאַר איר גערעכטיקיַיַט. נאָכן פֿאַרטריַיַבן די פאַלעסטינער טעראָריסטן פֿערציק קילאָמעטער פֿון דער צפון-גרענעץ האָבן מיר אויפֿגעהערט פֿילן די נויטווענדיקיַיַט און די גערעכטעקיַיַט פֿון אונדזער וויַיַטערדיקן אָנגריף. אַנשטאָט דער פֿריִערדיקער סאָלידאַרישקיַיַט זענען די מענטשן געוואָרן אָנגעלאָדן מיט ספיקות און אַנטוישונגען. אַזוי ציט זיך דאָס שוין דריַיַ יאָר. מע טאָפטשעט אין דער טעגלעכער בלאָטע. מע זידלט זיך אין די ציַיַטונגען און אין טעלעוויזיע, מע דראָט אין דער כנסת. מע זאָגט פֿאָרויס אַ קריזיס, אַ צוזאַמענברוך. אָבער די פשוטע מענטשן בליַיַבן גליַיַכגילטיק. [געלט איז פֿאַראַן גענוג. מע קויפֿט, מע פֿרעסט און מע פאַשעט זיך.] הדסה נימט זיך איבר. זי פֿרעגט: פֿאַר וואָס געפֿינט זיך נישט אין דעם לאַנד קיין איינער צו וועמענס רייד מע זאָל זיך צוהערן? דערפֿאַר וויַיַל קיינער איז נישט גרייט צו זאָגן דעם אמת, דעם גאַנצן אמת, וועגן אַלעמען, אויך וועגן זיך. דאָס שלעכטע זעט מען נאָר ביַיַ יענעם. די אָפאָזיציאָנערן רעדן וועגן דער פֿאַרדאַרבנקיַיַט פֿון יענע ביַיַ דער מאַכט, און זיי פֿאַרגעסן, אַז זיי גופא זענען – מיט זייער פערזענלעך לעבן – באַטייליקט אין דער טאָגטעגלעכקיַיַט. זיי רעדן בלשון "איר", און קיינער פֿון זיי וויל זיך נישט אַריַיַננעמען אין כלל, – אויך זיי זענען פֿאַרדאָרבן, אויך זיי לעבן אין סדום און יעדער איינער כאַפט וויפֿל ער קען. פֿאַר וואָס – פֿרעגט הדסה – שיקט מען אַזוי ליַיַכט די קינדער אין דער מלחמה? אַז מע ברענגט די געפֿאַלענע, ריכט מען אָפ די לוויות מיטן אויסגעדראָשענעם קדיש, און מיט אַ ביקסן-זאַלפ. און מע גיט וויַיַטער אַוועק די קינדער פֿאַרן מולך. בלויז ווען מע פרוּווט אַראָפנידערן זייער לעבן-סטאַנדאַרט מיט עטלעכע פראָצענט, מאַכן זיי אַ געוואַלט. די פאָר גראָשן זענען זיי טיַיַערער ווי דאָס לעבן פֿון די קינדער. וואָס זאָל איך ענטפֿערן? אפשר זענען פֿאַראַן שוין אַזעלכע וואָס זאָגן עס, אָבער קיינער וויל נישט הערן. די אויערן און די הערצער זענען פֿאַרשטאָפט.
דעם 27סטן אָקטאָבער. אומגעריכט בין איך צוריק אַריַיַן אין די היַיַנטיקע טעג. כ'פֿיל זיך ווידער ווי אַ שפענדל אויפֿן שטראָם און כ'קען גאָרנישט טאָן אויף צו ענדערן זיַיַן ריכטונג. עמעצער טוט עס שוין פֿאַר מיר, מיך לאָזט מען צו רו. קיינער טשעפעט מיך נישט, אַחוץ אַ מאָל אַ שריַיַבער, וואָס שיקט מיר צו זיַיַנס אַ בוך מיט דער פאָטשט. איך דאַרף דאָס בוך גיין אָפנעמען, דערנאָך לייענען, און שפעטער – שריַיַבן אים מיַיַן מיינונג. די פאַקסן זענען מיר פֿון לאַנג שוין דערעסן, אָבער כ'האָב נישט קיין כוח אַ סוף צו מאַכן מיט דעם – און מער נישט גיין נעמען די ביכער, און דער עיקר – נישט שריַיַבן צו די מחברים. די פאָטשט איז אָבער פֿאָרט מיַיַן קאָנטאַקט מיט דער וועלט. איך באַקלאָג זיך נישט, חלילה. כ'האָב יאָרן געהאָרעוועט, געזעסן איבער פֿרעמדע כתב-ידן, אַ סך מאָל וויכטלאָזה, געבלענדט זיך די אויגן, אַריַיַנגעלייגט אין זיי מיַיַן ביסל פֿאַכמענישקיַיַט – און נישט אָנגעשריבן די ביכער, פֿאַרפלאַנירטע מיט אַ סך יאָרן פֿריִער, געלאָזט פֿאַרפֿאַלן ווערן בילדער און אידעען. דאָס אַלץ האָב איך געטאָן, כדי כ'זאָל קענען איצט, אין דעם שבתדיקן טאָג, זיצן צווישן מיַיַנע פֿיר ווענט און קיינער זאָל מיר נישט שטערן. כ'דאַרף ווידער צוריקגיין אויף פֿערציק יאָר צוריק, כמעט. מיטן באַפֿריַיַט ווערן פֿון די פוילישע שטחים זענען די פאָליאַקן, ובתוכם אויך מיר, די פוילישע ייִדן אין ראַטן-פֿאַרבאַנד, געוואָרן חשובער. די סאָוויעטישע רעגירונג האָט אַלץ געטאָן אויף צו געווינען די סימפאַטיעס פֿון די פאָליאַקן. אין דער אַקציע איז דער וויכטיקסטער פֿאַקטאָר געווען ז.פ.פ., און פערזענלעך האָט אין איר געשפילט די הויפטראָלע די פוילישע שריַיַבערין וואַנדא וואַשילעווסקאַ. אפשר טאַקע האָט זי אויפֿריכטיק געטראַכט, אַז אַ קאָנסעקווענטער און געריכטער ענטפֿער אויף דעם וואָס די דיַיַטשן האָבן געטאָן מיט פוילן, איז אַן אייביקער בינד מיטן רוסישן פֿאָלק. וואַנדאַ וואַשילעווסקאַ איז נאָך פֿאַר די מלחמה געווען באַקאַנט ווי אַ סימפאַטיקערין פֿון געזעלשאַפֿטלעכן ראַדיקאַליזם און זי האָט געפֿירט אַן אָפֿענעם און שאַרפֿן קאַמף קעגן די רדיפות פֿונעם פילסודסקי-רעזשים קעגן די קאָמוניסטישע און לינק-סאָציאַליסטישע קריַיַזן. וואַנדאַ וואַשילעווסקאַ איז געוואָרן די פֿירערין פֿון די "פאַטריאָטן" אין ראַטן-פֿאַרבאַנד. זי האָט געפועלט ביַיַ סטאַלינען, אַז מע זאָל באַפֿריַיַען די פוילישע קאָמוניסטישע אַקטיוויסטן, די געבליבענע נאָך די אַמאָליקע "רייניקונגען" און פֿאַרשיקטע אין די לאַגערן. מ'האָט זיי "רעהאַביליטירט" און צוגעגרייט צו די וויכטיקע פֿונקציעס אינעם ניַיַ-געבוירענעם פוילן. איינע פֿון די "פרעמיעס" וואָס וואַנדאַ וואַשילעווסקאַ האָט באַקומען, איז געווען אַ ווילע הינטער מאָסקווע, אין דער וואַלדיקער געגנט, וואָס האָט זיך געצויגן איבער די שטעטלעך טאַמילינאָ, מאַלאַכאָווקע ביז זאַגאָרסק. וואַנדאַ וואַשילעווסקאַ האָט די ווילע געשטעלט צו דער דיספאָזיציע פֿון ז.פ.פ. דער פלאַץ, וווּ די ווילע האָט זיך געפֿונען, האָט געהייסן קראַסקאָוואָ און איז ענלעך געווען צו אַ דאַטשע אויף דער באַרימטער אָטוואָצקער ליניע הינטער וואַרשע. דער וואַלדיקער שטח פֿון דעם הויז איז געווען אַ ברחוודיקער. ביסלעכוויַיַז האָבן אין דער ווילע זיך אַריַיַנגעקליבן די פוילישע קאָמוניסטן, די נאָר באַפֿריַיַטע פֿון זייער לאַנגיאָריקער פֿאַרשיקונג. אויך מיר, איך און גאָלדע, האָבן זוכע געווען צו זיַיַן לאָקאַטאָרן אין דעם הויז. גאָלדע איז געהאַט צוריקגעקומען פֿון שפיטאָל און צוליב איר קראַנקיַיַט האָט מען איר נישט דערלויבט צו וווינען אין האָטעל אויף מאַרינאַ ראָשטשאַ. דעמאָלט איז ביַיַ די ייִדישע חברים אין ז.פ.פ. געבוירן געוואָרן די אידעע, אַז מיר זאָלן באַקומען אַ צימער אין דער ווילע אין קראַסקאָוואָ. מיר זענען געווען גליקלעך. אין גאָלדעס מצב איז דאָס געווען ווי אַ מתנה פֿון הימל. מיר זענען געפֿאָרן קיין קראַסקאָוואָ מיט דער "עלעקטריטשקע" – אַן עלעקטרישע באַן, וואָס איז שוין געווען אַן אָפֿטער דערשיַיַנונג אויף די סאָוויעטישע באַנוועגן. די נסיעה פֿון מאָסקווע ביז אויפֿן אָרט האָט געדויערט בסך-הכל אַ האַלבע שעה – נישט מער ווי אַ קורס מיט דער מאָסקווער מעטראָ. ס'איז געווען ערב-פֿרילינג פֿונעם יאָר 1945. אויף דער נשמה איז געווען ליַיַכטער ווי מיט אַ יאָר פֿריִער. אמת, אונדזער קליינע משפחה איז נישט געווען צוזאַמען. גאָלדע איז אָפֿט געווען אין די שפיטאָלער און סאַנאַטאָריעס, דינהלע – אין די קינדערהיַיַזער, און איך – אין די ציַיַטוויַיַליקע וווינונגען אונטערן פאַטראָנאַזש פֿון די וויַיַסרוסן אָדער פאָליאַקן. מיר האָבן אָבער געחלומט, אַז בקרוב וועט דער וואָגלוועג און אונדזער צעשפליטערטקיַיַט זיך ענדיקן און מיר וועלן זיך אומקערן אַהיים. מיר האָבן שוין געהאַט אַ קלאָר בילד פֿאַר זיך וועגן דעם וואָס עס דערוואַרט אונדז דאָרט אָבער עס האָט אונדז געדרויגן אַהין. ערב-פֿרילינג. צווישן די סאָסנעביימער אויף ביידע זיַיַטן פֿונעם באַנפלאַנט ליגט נאָך דער טונקלגעוואָרענער שניי. פֿון די צוויַיַגן הענגען אַרופ די אויסגעווייגטע נאָדלען. דער פֿיַיַכטער ריח פֿון אָפגעדעקטע ערד און ערב-בליען דרינגט אַריַיַן דורך די שפאָרעס און טירן פֿון וואַגון. אָט איז די סטאַנציע קראַסנאָוואָ. עטלעכע צענדליק מעטער פֿון דאָרט – און מיר זענען אין דער ווילע, אינעם הויז פֿון ז.פ.פ. אַ מאָל, אין די צאַרישע ציַיַטן, איז דאָס געווען די דאַטשע פֿון אַ גביר, איצט איז עס דאָס אייגנטום פֿון דער סאָוויעטישער מדינה. באַגעגנט האָט אונדז די אויפֿזעערין איבערן הויז, אַ מיטליאָריקע פוילישע פֿרוי, אַליין אַ צוריקגעקומענע נאָך יאָרן פֿאַרשיקונג. אויך זי האָט אַ מאָל געהערט צום אַקטיוו פֿון דער אומלעגאַלער קאָמוניסטישער פאַרטיי פֿון פוילן. די פֿאַרוואַלטערין האָט אונדז אַריַיַנגעפֿירט אין אַ קליינעם צימער מיט צוויי פֿענצטער. אינעם צימער איז געשטאַנען איין בעט, אָבער צוליב גאָלדעס קראַנקיַיַט האָבן מיר נישט געדאַרפֿט ליגן צוזאַמען. היות ווי די פֿאַרוואַלטערין האָט נישט געדאַרפֿט וויסן וועגן דעם, וויַיַל זי וואָלט אונדז גליַיַך משלח געווען, האָבן מיר פֿאַרענטפֿערט מיט פֿוילע תירוצים אונדזער בקשה וועגן אַריַיַנשטעלן נאָך אַ בעט. זי האָט צוגעזאָגט אַנטקעגנצוקומען. גאָלדע האָט יאָרן לאַנג אַרומגעוואַלגערט זיך איבער די שפיטאָלן און סאַנאַטאָריעס, זי האָט כסדר געזען ווי מענטשן שטאַרבן פֿון איר קראַנקיַיַט, אָבער אין איר איז נאָך אַלץ געבליבן אַ פֿונק פֿון אמונה, אַז זי וועט דאָך זיך אַרויסראַטעווען. כ'האָב שטילערהייט באַוווּנדערט איר אָפטימיזם. איך אַליין האָב נישט געגלייבט, אַז זי וועט זיך אַרויסבאַקומען פֿון דער געפֿאַר. כמעט יעדן טאָג איז ביַיַ איר די טעמפעראַטור אַרויפֿגעשפרונגען. איר אויסגעמאָגערט פנים האָט זיך צעפֿלאַמט און זי איז געבליבן ליגן פֿאַרשמאַכט. אַחוץ וואַסער האָט זי גאָרנישט געוואָלט נעמען אין מויל אַריַיַן. די פֿאַרוואַלטערין האָט זיך אָנגעהויבן אינטערעסירן מיט גאָלדעס קראַנקיַיַט, גענומען זיך אויספֿרעגן וואָס איר איז. מיר האָבן געזאָגט, אַז זי ליַיַדט אויף אַ רעוומאַטישער אַנצינדונג און מע היילט איר מיט אַספירין און קאַמפֿאָר. אין יענע טעג ווען גאָלדע האָט זיך געפֿילט אַ ביסל בעסער און זי איז אַרויס פֿון בעט, האָט זיך באַוויזן אַ שמייכל אויף איר פנים. די זון האָט אַלץ אָפֿטער געשיַיַנט און מיר האָבן שפאַצירט צווישן די סאָסנעביימער. איך אַליין האָב שוין גענומען גלייבן, אַז פֿון די פֿרילינג-ריחות וועט גאָלדע גענעזן ווערן. זיי זענען דאָך אַזוי ענלעך צו די ריחות אין אָטוואָצק, וואָס איז אַזוי באַרימט אין דער וועלט מיט דער גוטער קלימאַטישער השפעה אויף טובערקולאָז-קראַנקע, אָבער דווקא ווען איך האָב אָנגעהויבן מאָלן פֿאַר איר די ראָזע צוקונפֿט-בילדער, האָט גאָלדע אָפגעענטפֿערט מיט איר כאַראַקטעריסטישן ספקדיקן באַוועג מיט דער האַנט. אויף צו מאָרגנס איז זי שוין געלעגן און געגליט פֿון היץ.
דעם 29סטן אָקטאָבער. נעכטן האָבן ייִדישע נקמה-נעמערס דערהרגעט אַן אַראַבער דערפֿאַר, וויַיַל אַן אַראַבער האָט אומגעבראַכט צוויי ייִדישע יונגע מענטשן. דאָ ווערט נישט געשענקט, מע היט דעם חשבון. נאָך יעדע בלוט-פֿאַרגיסונג, אויף וועלכער זיַיַט דאָס זאָל נישט זיַיַן, פֿילן אַ סך פֿון אונדז אַ מין דאָפלקיַיַט, אי ווייטיק, אי פֿאַרדרוס. אונדזער שינאה צו די אַראַבער וואַקסט צוליב זייערע רציחות איבער אומשולדיקע מענטשן, און מיר ווערן אויפֿגעבראַכט פֿון דעם, וואָס אויך ייִדן טוען שוין אַזעלכע אומווערדיקע מעשים. אָבער מע דאַרף דאַנקען גאָט... די ייִדן זענען נאָך אַלץ געבליבן אַן אונטערגעדריקטער מינדערהיַיַט אין יענעם מעכטיקן לאַנד, וואָס שטעלט זיך אַזוי איַיַן פֿאַר די אונטערגעדריקטע אַראַבער ביַיַ אונדז. אין יענע טעג ווען כ'בין געזעסן אויף דער דאַטשע אין קראַסקאָוואָ און אויך גענאָסן פֿון דער "פֿאַרגיטיקונג" וואָס די געוועזענע פוילישע בירגער האָבן באַקומען פֿון דער סאָוויעטישער מאַכט פֿאַר די אַמאָליקע עוולות קעגן זיי – איז דער שקר אַ ביסל געלינדערט געוואָרן. צו פֿיל קרבנות האָט די סאָוויעטישע אַרמיי געבראַכט אין דעם קאַמף קעגן דעם נאַצישן שונא. טאַקע אין יענע טעג האָב איך אין אַ ציַיַטונג-קיאָסק דערזען אַ דין ביכעלע לידער פֿון באָריס פאַסטערנאַק. דאָס ביכעלע, ממש אַ בראָשור, איז געווען געדרוקט אויף אַ ביליקן גרויען פאַפיר. גייענדיק איבער דער גאַס האָב איך אָנגעהויבן בלעטערן דעם פאָעטישן ביולעטין פֿון דעם גרויסן רוסישן דיכטער. אַ שאָד וואָס די בראָשור איז מיר פֿאַרפֿאַלן געוואָרן. איך געדענק פֿון די לידער בלויז אָפגעריסענע שורות, זיי האָבן מיך אי דערשטוינט, אי דערהויבן. אָט איז אַ ציטאַט אין מיַיַן נישט פינקטלעכער יידישער איבערזעצונג, און פֿון זכרון: איך עפֿן דאָס פֿענצטער און שריַיַ אַרויס אין דרויסן: וואָסער יאָרהונדערט איז היַיַנט? דאָס האָט באָריס פאַסטערנאַק געשריבן אין יאָר 1943. אין דער ווילע אין קראַסקאָוואָ האָבן מיר זיך געפֿילט ווי אין אַ עקס-טעריטאָריאַלע זאָנע, וואָס איז נישט אין גאַנצן אונטערגעוואָרפֿן די אַלגמיינע לאַנדגעזעצן. מיר האָבן זיך שוין געפֿירט ווי בירגער פֿון אַן אַנדער מדינה, אונטער דער שוץ פֿונעם פוילישן אָדלער, מחמת מיר זענען זיכער געווען, אַז אין גיכן וועט זיך אָנהייבן די רעפאַטריאַציע פֿון די געוועזענע פוילישע בירגער. די מאַכט-אָרגאַנען האָבן אַוועקגעקוקט פֿון אונדז. זיי האָבן, וויַיַזט אויס, געהאַט אַן אינסטרוקציע אונדז נישט צו טשעפען, כאָטש עס האָט זיך עפעס נישט געגלייבט, אַז זיי זאָלן נישט האַלטן קיין אויג איבער דעם וואָס ס'טוט זיך אין דעם הויז פֿון ז.פ.פ. אין אַזאַ פריווילעגירטער סיטואַציע האָט זיך געפֿונען די גאַנצע טעטיקיַיַט פֿון ז.פ.פ., אויך פֿון זיַיַן ייִדישער אָפטיילונג. די אָנפֿירונג פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט האָט געוווּסט וועגן דעם. זי האָט זיך באַצויגן צו דער טעטיקיַיַט פֿונעם אָרגאַניזיר-קאָמיטעט ביַיַ ז.פ.פ. אי מיט קינאה, אי מיט מורא. מיט קינאה – וויַיַל דער פראָטעקטאָראַט פֿון די פוילישע אָפֿיציעלע פֿאַקטאָרן האָט זיי, די פוילישע ייִדן, געגעבן מער זיכערקיַיַט, און במילא מער פֿריַיַקיַיַט, אין זייער געזעלשאַפֿטלעכער אַרבעט; מיט מורא – דער קאָנטאַקט מיט זיי זאָל די סאָוויעטיש-ייִדישע טוערס נישט אַריַיַנשלעפן "אין אַ בלאָטע". יעדע פֿאַרבינדונג מיט זיי האָט אָנגעהויבן טראָגן אַ כאַראַקטער פֿון באַציִונגען מיט אויסלענדישע פֿאַקטאָרן, און פֿאַר דעם האָבן זיי זיך שטאַרק געהיטן. די ריַיַזע פֿון מיכאָעלס און פֿעפֿער איבער די ייִדישע יישובים אין דער וועלט בעת דער מלחמה האָט געשאַפֿן ביַיַ אַ טייל פֿון די סאָוויעטיש-ייִדישע טוערס אַ מיינונג אַז איצט "מעג מען שוין", אַז דער בשותפותדיקער קאַמף פֿון די אַליִיִרטע קעגן היטלערן האָט במילא געכשרט די באַציִונגען מיט אינסטיטוציעס און פערזאָנען פֿון אַנדערע, קאַפיטאַליסטישע מדינות. דאָס האָט אין גיכן אַרויסגעוויזן זיך ווי אַן אילוזיע. איך מיין, אַז יענע היסטאָרישע ריַיַזע פֿון די סאָוויעטישע ייִדישע פערזענלעכקיַיַטן צו די אויסלענדישע ייִדן האָט געהאַט אַ צוויייִקן ציל: דער ערשטער – צו מאָביליזירן פֿאַר ראַטן-פֿאַרבאַנד די שטימונגען און רעסורסן פֿון די ייִדישע מאַסן אין דער מערבדיקער וועלט; דער צווייטער – גליַיַכציַיַטיק דינען ווי אַ פולאַפקע פֿאַר דער נאָכגעבליבענער ייִדישער טעטיקיַיַט אין ראַטן-פֿאַרבאַנד. אויב מיַיַן השערה איז ריכטיק, איז דאָס געווען איינער פֿון די פערפֿיצע ??? (ע"מ 138, שורה 15 מלמעלה) פלענער, וואָס זענען געבוירן געוואָרן אין מוח פֿון יאָסיף סטאַלין. די שטענדיקע דאָפלקיַיַט און פֿאַררעטערישקיַיַט פֿון זיַיַן פאָליטיק האָט אַ סך מאָל געשאַפֿן זיַיַן צוויייִקע ליניע. ווער ס'איז ביַיַגעווען אויף דער פֿאַרזאַמלונג אין זאַל פֿון ז.פ.פ. לזכר די אומגעבראַכטע מיליאָנען ייִדן, האָט דאָס געקענט דערקענען אויף די סאָוויעטיש-ייִדישע שריַיַבערס, וואָס האָבן ווי געסט זיך באַטייליקט אין דער אזכרה. דאָס איז געווען דער ערשטער קאָלעקטיווער קדיש נאָך דעם פוילישן ייִדנטום און אויך דער ערשטער מעכטיקער ווייגעשריי פֿון אונדזער שארית הפליטה. די ייִדישע סאָוויעטישע שריַיַבערס האָבן זיך אידענטיפֿיצירט מיט דעם ווייטיק ביז צו אויסבראָכן פֿון געוויין בעת דעם אל מלא רחמים פֿונעם חזן משה קוסעוויצקי. זיי האָבן אָבער שנעל זיך אַרויסגעשאַרט באַלד נאָך דעם ווי די אזכרה האָט זיך געענדיקט. דער "קלוגער סאָלאָמאָן", ווי סטאַלין האָט גערופֿן שלמה מיכאָעלסן, האָט מסתמא יאָ זיך פֿאַרשטאַנען אויף דער שפיל. אַזאַ דורכויסיקער סאָוויעטישער מענטש, מיט אַזעלכע דערפֿאַרונגען און פֿאַרבינדונגען, האָט זיכער שוין געשפירט דעם רויך פֿון דער שׂריפה וואָס האָט אין גיכן געדאַרפֿט אויסברעכן. פֿאַר וואָס זשע איז ער געגאַנגען אין שפאַן? און איציק פֿעפֿער? פֿאַר וואָס האָט ער אָנגעשריבן אויף זיך אַליין אַן אורטייל מיט זיַיַן ליד "איך בין אַ ייִד"? און אפשר איז זייער ייִדישע טעטיקיַיַט גופא, ווי באַגרענעצט זי זאָל נישט האָבן געווען, ביַיַ זיי אַליין געווען אַ מין אַרויסריַיַסן זיך פֿון שפאַן – און דערפֿאַר טאַקע האָבן זיי באַצאָלט? נישט איין מאָל האָב איך ביַיַ זיי אויפֿגעכאַפט די טענער פֿון רעזיגנאַציע. "כל זמן דער אָדער קלאַפט נאָך, קען אַלץ זיך ענדערן צום גוטן" – אַזאַ איז געווען דער ענטפֿער פֿאַר זיך אַליין. אין איינעם פֿון יענע טעג איז צו אונדז אין קראַסקאָוואָ אַריַיַנגעפֿאַלן הערש סמאָליאַר. ער איז געקומען באַזוכן נישט בלויז מיך, נאָר אויך דעם דעמאָלטיקן דירעקטאָר פֿון דעם הויז, צוקער, וואָס איז צוזאַמען מיט סמאָליאַרן געווען אין דער זעלבער וויַיַסרוסישער פאַרטיזאַנישער אָפטיילונג. איך האָב געוווּסט אַז הערש סמאָליאַר איז כמעט אומלעגאַל. ער איז אַנטלאָפֿן פֿון מינסק, וויַיַל פאָנאָמאַרענקאָ האָט אַן אויג אויף אים און די מענטשן זיַיַנע ווילן שוין אַרויפֿלייגן אַ לאַפע אויף אים. ער איז נישט געווען דער איינציקער פֿון די ייִדישע פאַרטיזאַנער, וואָס זענען אַרויסגעקומען פֿון וואַלד מיט דער פֿאָדערונג צו אָנערקענען אויך דעם ייִדישן כאַראַקטער פֿון זייער קאַמף קעגן די נאַציס. אָבער אַנשטאָט דעם, איז דאָס דורך דער סאָוויעטן-מאַכט געשטעמפלט געוואָרן ווי "ייִדישער נאַציאָנאַליזם". מע האָט די ייִדישע קעמפֿערס אָנגעהויבן זוכן. הערש סמאָליאַר איז געווען דער, וואָס האָט געדאַרפֿט פֿאַרנעמען דאָס ערשטע אָרט צווישן די באַשולדיקטע. אָבער הערש סמאָליאַר איז נישט פֿון די מענטשן, וואָס לאָזן זיך ליַיַכט נעמען. ער איז נעלם געוואָרן פֿון פאָנאָמאַרענקאָס נעץ אין מינסק. איצט האָט ער זיך באַוויזן אויף אַ וויַיַל ביַיַ אונדז אין קראַסקאָוואָ. גאָר אין גיכן האָט ער זיך געדאַרפֿט דערשלאָגן קיין פוילן. סמאָליאַר איז געווען אומצופֿרידן, וואָס איך האָב אָפגערופֿן מיַיַן רעפאַטריאַציע קיין פוילן צוליב גאָלדעס געזונטהיַיַט-מצב. דער אמת איז, אַז פונקט ווי בראָדערזאָן און עמיאַט האָב איך נישט געגלייבט אין דער צוועקמעסיקיַיַט און אין דער מעגלעכקיַיַט פֿון אַ ניַיַעם ייִדישן ייִשוב אין פוילן. איך האָב דאָס, אויף מיַיַן שטייגער, געבראַכט צום אויסדרוק אין אַ ליד. אין אונדזער שמועס האָט סמאָליאַר מיר פֿאָרגעוואָרפֿן, אַז מיט מיַיַן בליַיַבן אין ראַטן-פֿאַרבאַנד האַנדל איך לויט דער קאָניוקטור. [הערש סמאָליאַר איז באַקאַנט ווי אַ מענטש, וואָס האָט ליב צו באַנוצן שאַרפֿע ווערטער. גאָלדע האָט זיך אויפֿגערעגט און געפֿילט זיך נאָך מער געטראָפֿן ווי איך. זי האָט אים נישט געענטפֿערט, אָבער ווען ער איז אַוועק, האָט זי גערעדט וועגן אים ווי זי האָט זייער זעלטן גערעדט וועגן מענטשן. זי האָט געהאַט אויף אים אַ האַרץ נאָך פֿון ביאַליסטאָק, איין מאָל – פֿאַר זיַיַן סקאַנדאַל צוליב באַגישס ליד, דאָס צווייטע מאָל – פֿאַרן דערוויַיַטערן מיך פֿון דער אַרבעט אין "ביאַליסטאָקער שטערן". זי איז געווען זיכער, אַז ער איז געווען דער איניציאַטאָר דערפֿון, אַז ער האָט "אונטערגעפֿירט" דעם רעדאַקטאָר שולמאַן. כ'בין נישט איבערציַיַגט, אַז הערש סמאָליאַר געהער צו די מענטשן פֿון חרטה. ער איז פֿאַרהאַרטעוועט געווען אין סאָוויעטישן אויוון נאָך אין זיַיַן פֿריִער יוגנט.] דאָך, ווען איך דערמאָן זיך, ווי ער האָט אין דער נאַכט פֿון ניַיַיאָר 1948 אַרויסגעטראָגן דינהלען פֿונעם ווילנער וואָקזאַל אין פראַגע, ביַיַ אונדזער אָנקום פֿון מאָסקווע – מיין איך, אַז גאָלדע האָט אים מוחל געווען [אַלע זיַיַנע עוולות לגבי מיר. און אויך זיַיַן וואַרפֿן אויף מיר דעם עפיטעט "קאָניוקטור", וואָס זי האָט נישט געקענט פֿאַרגעסן און איבערגעחזרט עטלעכע מאָל מיט ביטערניש].
דעם 31סטן אָקטאָבער. מאָרגן וועל איך איבערמישן אַ בלעטל אינעם חודש-קאַלענדער. עס קומט אָן דער נאָוועמבער, דער אומרויִקער חודש פֿון מיַיַן יאָרהונדערט און פֿון מיַיַן לעבן. כ'האָב אַ חשד, אַז דאָס איז דער חודש פֿון מיַיַן געבוירן, און נישט יאַנואַר – ווי כ'בין פֿאַרשריבן אין די דאָקומענטן. מיַיַן מעטריקע האָט געהאַט אַ פֿאַרשפעטיקטע דאַטע. אַ סך נעפל, דער ערשטער שניי, אַן אומרויִק וועטער – און מיַיַן שאַפֿערישע ציַיַט אין יאָר. דער דרויסן האָט מער נישט געצויגן און געלאָזט מיך במנוחה אין מיַיַנע ד' אמות. שטילקיַיַט, אַ בוך, און ווער שמועסט נאָך, אַז עס זענען פֿאַראַן צוויי ליבנדיקע אויגן – וואָס דאַרף מען מער? איך האָף אַז אַזאַ וועט זיַיַן אויך מיַיַן נאָוועמבער פֿונעם היַיַנטיקן יאָר. הדסה גייט פֿאָרויס מיטן לערנען שלום-עליכמס שיר-השירים. איר בעסטע אַרבעטציַיַט איז אַרום האַלבע נאַכט. זי גייט שפעט שלאָפֿן און אַ סך מאָל הער איך נישט ווי זי גייט אַריַיַן אין בעט. איך, דערקעגן, שטיי אויף פֿרי, אַרום זיבן אַ זייגער. די מאָרגן-שעהען זענען פֿאַר מיר די בעסטע. [קען זיַיַן, אַז עלטערע מענטשן האָבן ליב די ערשטע שעהען פֿון טאָג, וויַיַל זיי ליַיַדן פֿון שלאָפֿלאָזיקיַיַט. איך באַקלאָג זיך נישט דערויף.] איך געדענק אָבער די ציַיַט, ווען איך פֿלעג שריַיַבן מיַיַנע לידער ביַיַם ליכט פֿון אַ נאַפֿטלאָמפ ביז צוויי ביַיַ נאַכט. דאָס איז געווען ווען כ'האָב געהאַט אַ טאַטן און אַ מאַמען, מיַיַנע ברידער און מיַיַן איינציקע שוועסטער האָבן נאָך געלעבט. כ'האָב געקענט שריַיַבן נאָר ווען אַלע אין שטוב זענען געשלאָפֿן. אַצינד זענען מיַיַנע טעג שטילע, אָן משפחהדיקע קידער-ווידערס, אָן קריגעריַיַען צווישן טאַטע-מאַמע, אָן אַמפעריַיַען צווישן די ברידער. עטלעכע אכזריותדיקע יאָרן האָבן צעשפרייט זייער אַש און שטויב איבער דער ערד – און איך בין געבליבן אַליין מיט מיַיַן מנוחה. איין טאָג איז ענלעך צום אַנדערן. אפילו מיַיַנע שבתים און יום-טובים האָבן נישט קיין רויטע בלעטלעך. איך ווער אַדורכגענומען פֿון גרויקיַיַט. די גליַיַכגילטיקיַיַט עסט מיך פאַמעלעך – זי איז דער וויכטיקסטער באַשטאַנטייל פֿון מיַיַן מנוחה. אַנדערע וואָלטן דאָס אָנגערופֿן לאַנגוויַיַליקיַיַט, איך לאַנגוויַיַליק זיך נישט. ציַיַט אַליין, אָן שום צוגאָב, האָט פֿאַר מיר דעם גרעסטן צויבער. זי פֿליסט שטילער ווי דאָס רויִקסטע טיַיַכל, און דערפֿאַר הער איך זי נישט, אָבער זי פֿליסט. דערפֿאַר אויך איז זי פֿאַר מיר אַזוי טיַיַער – און איך קען זי נישט פֿאַרהאַלטן. פֿרעמדע און פֿריַיַנד זעען מסתמא אירע צייכנס אויף מיַיַן פנים. וויפֿל כ'זאָל נישט קוקן אין שפיגל, זע איך נישט די ענדערונגען, וואָס זי האָט געמאַכט אויף מיַיַן הויט. הדסה האָט ליב, אַז מענטשן האָבן מיך ליב. זי פֿרייט זיך מיט דעם, און דערפֿאַר האָט זי אַזוי גערן אַרויסצוגיין מיט מיר, צו באַגעגענען פֿריַיַנד און הערן זייערע לויבווערטער – ווי גוט איך זע אויס, ווי שיין איך בין אָנגעטאָן, און דער עיקר – די שבחים וועגן מיַיַנע לידער. כ'בין זיך מודה, אַז דאָס לעצטע האָב איך אויך ליב צו הערן, הגם איך פֿאַרשעם זיך אַ ביסל. אַזאַ "געלונגענעם באַזוך" האָבן מיר געהאַט די טעג אין שריַיַבערקלוב. חברים האָבן זיך אַרומגעכאַפט מיט אונדז, געפֿרייט זיך און געלויבט אונדזער שיינעם אויסזען. מיר האָבן אַזש אָנגעהויבן מורא קריגן פֿאַר אַן עין-הרע. צום מיינסטן האָט הדסה זיך געפֿרייט מיט דער אָפֿן-אַרויסגעוויזענער ליבשאַפֿט צו מיר פֿון הערץ גראָסבאַרד. אויך מיך פֿרייט זיַיַן וואַרעמע באַציִונג צו מיר. דאָס מאָל האָט ער דערמאָנט און אונטערגעשטראָכן דאָס ליד "מיַיַן שוועסטער חיה" פֿון מיַיַן איצטיקן בוך זיי וועלן אויפֿשטיין. איך אַליין האַלט דאָס אויך פֿאַרן שטאַרקסטן ליד אין דעם בוך. דאָס ליד איז געקומען אויף מיר ווי אַ בליץ פֿונעם הימל. הערץ גראָסבאַרד. ער רעדט נישט קיין סך. עטלעכע ווערטער – און אַ פֿאַרקרעמפן די פֿויסט, ווי אויף אונטערצושטריַיַכן זייער זיכערקיַיַט און פֿעסטקיַיַט. דאָס איז גוט פֿאַר מיר און פֿאַר מיַיַן געמיט, דאָס לאָזט מיך איבער אין מיַיַן שטימונג, וואָס האָט נישט קיין ווילן איבערצושריַיַען די ציַיַט. אויף דעם צונויפֿקום אין שריַיַבערקלוב זענען געווען נאָך מענטשן, וואָס האָבן זיך דערפֿרייט מיט אונדז און אַרויסגעוויזן ליבשאַפֿט, אָבער צום מיינסטן איז דאָס געווען אַ ליבשאַפֿט, וואָס פֿאַרלאַנגט תיכף די קעגנזיַיַטיקיַיַט. פֿאַר יעדן גוטן וואָרט פֿאָדערן זיי באַלד אַ צוריקלויב. איך בין אָבער נישט שטאַרק אין די ענינים. אפשר דערפֿאַר טאַקע גיי איך נישט אַרויס מיט קיין גרויסן רווח דערפֿון. אָבער ניין, נישט אַלע זענען פניותדיק. פֿאַראַן צווישן זיי, נישט בלויז הערץ גראָסבאַרד, נאָך אַזעלכע, פֿון וועמען ס'איז גענוג אַ דריק מיט דער האַנט וואָס באַשטעטיקט און פֿאַרשטייט. – – דער הימל איז אין דער העלפֿט פֿאַרוואָלקנט. דוכט זיך, אַז אונדזער האַרבסט גייט איבער אין ווינטער. קיין שניי וועט אין תל-אביב נישט זיַיַן, אָבער ווינט און רעגן וועט נישט פֿעלן. זיי וועלן איבערלאָזן אויף די שויבן גרויסע, בלישטשענדיקע טראָפנס – אַ פערלדיקער פֿאָרהאַנג, וואָס פֿאַרשטעלט און דערמאָנט דאָס פֿאַרגאַנגענע. דער ווינטער וועט דויערן. דער פערלדיקער פֿאָרהאַנג וועט פֿאַרשטעלן און דערמאָנען, און איך וועל פֿירן דעם שמועס מיט זיך אַליין, אַ שמועס, וואָס זיַיַנע ווערטער גופא האָבן אַ טיפֿן זכרון. זיי פֿירן אויף טויזנטער וועגן פֿון אַסאָציאַציע. אַלע האָבן זיי פֿעדעם צו אַנדערע, אָבער דאָס מינדסטע פֿון זיי ווייסט אין וועלכן מצב, אין וואָסער רגע, עס דאַרף זיך פֿאַרבינדן מיט יענע, און נישט מיט קיין אַנדערע. טיַיַערע ווערטער, קלאַנגען וואָס לעבן כסדר, אפילו ווען מ'הערט זיי נישט. פֿאַרקערט, ווען מ'הערט זיי נישט, ווערן זיי איידעלער, זיי גייען אַוועק פֿון געשריי, פֿון דעם קורצן טומלדיקן טאָג, און זיי באַהעפֿטן זיך מיט דער ציַיַט, וואָס פֿליסט אַזוי שטיל, אַז מ'קען זי נישט דערהערן. טיַיַערע ווערטער, ייִדישע ווערטער. זיי האָבן זייער ייִדישן זכרון, זיי האָבן זייער ייִדישן טעם און ריח. מיט אַלע חושים גרייכן זיי צום אָנהייב, צום ערשטן קלאַנג. זיי זענען אַרויסגעוואַקסן פֿונעם קינדערשן געוויין. בלויז זיי ווייסן דעם וועג צו סמאָטשע גאַס, צו דער מאַמעס יונגן שמייכל, צו דער לילאַפֿאַרב פֿון איר קלייד, צו אירע טויבן-אויגן, צו אירע געשניצטע ליפן און צו אירע גוטע הענט. דאָס זענען ווערטער, וואָס מע קען זיי נישט איבערזעצן. דאָס איז אַ מין בלוט, וואָס מע קען נישט פֿאַרביַיַטן מיט קיין אינפֿוזיע: נישטאָ נאָך אַזאַ גרופע, אַזאַ מין. דערפֿאַר לעבן זיי בלויז אין מיַיַנע לידער. מיט זיי ווערן זיי געבוירן און מיט זיי בליַיַבן זיי – אויב זיי בליַיַבן. ביז די וועלט מיט אַלע אירע לשונות וועט אונטערגיין, וועט בליַיַבן איין מענטש לפחות, וואָס וועט די ווערטער קענען לייענען. דער ראַדיאָ ברענגט בהלהדיקע ידיעות: אינדיראַ גאַנדי איז טויט. רעליגיעזע פֿאַנאַטיקערס האָבן אין איר אַריַיַנגעשאָסן צענדליקער קוילן; אין פוילן האָט מען אַרויסגעצויגן פֿון דער ווייסל דעם טויטן קערפער פֿון אַ גלח. פאָליציַיַ-כוליגאַנעס האָבן אים פֿאַרכאַפט און דערהרגעט דערפֿאַר, וויַיַל ער האָט געפרעדיקט קעגן דער רעגירונג. ניַיַן שעה נאָך דעם ווי אינדיראַ גאַנדי איז געשטאָרבן האָט איר פֿערציק-יאָריקער זון איבערגענומען איר הויכן אַמט. די אָנפֿירנדיקע פאָזיציעס קענען לאַנג נישט בליַיַבן ליידיק. די אומגליקלעכע יורשים, נעבעך, האָבן נישט קיין ציַיַט זיך אויסצוּוויינען. די זיבן הונדערט און פֿופֿציק מיליאָן מענטשן אין אינדיע הייבן אָן אַדורכפֿירן די חשבונות צווישן זיך. איצט איז אַ גוטע געלעגנהיַיַט צו הרגענען און נישט געשטעלט צו ווערן פֿאַר אַ געריכט. דער אָוונט פֿונעם 9טן מיַיַ אין יאָר 1945 איז אפשר ווערט געווען, אַז צוליב אים זאָל מען לעבן יאָרן. מאָסקווע, די שטאָט פֿון סאַנקציאָנירטער אומגערעכטיקיַיַט אין משך פֿון פֿאַרשיידענע תקופות און רעזשימען, האָט מיט אַ מאָל אַראָפגעוואָרפֿן די קייטן פֿון געוואַלט. אַזוי האָט זיך אויסגעדוכט, ווען מ'איז געגאַנגען – ניין, געטראָגן געוואָרן דורך די המונים, איבער די גאַסן, בולוואַרן און פראָספעקטן. און פֿון אַלע זיַיַטן – שטראָמען, מעכטיקע שטראָמען, אין איין ריכטונג, בלויז אין איין ריכטונג – צום רויטן פלאַץ. איך געדענק נישט, אַז עמעצער זאָל האָבן באַפֿוילן צו גיין אַהין, אָדער פֿאָרצולייגן, צי גאָר פֿאַרבעטן. קיינער האָט פֿריִער נישט געהערט, נישט גערעדט וועגן דעם – אָבער אַלע זענען געגאַנגען אַהין. דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון מאָסקווע איז אַוועק צו די מויערן פֿון קרעמל, צום לענין-מאַווזאָליי. אין יעדן איינעם פֿון די מיליאָנען מאָסקווער איַיַנוווינער איז געווען בליז איין פֿאַרלאַנג, איין טריַיַבקראַפֿט: צו זיַיַן איצט אין דרויסן, צוזאַמען מיט אַלעמען. אין אָט דעם מאַרש – אָן געזאַנג און אָן פֿענער, אין אָט דעם שטומען גאַנג – אָן אַ וואָרט אין מויל, מיט אַ ווייטיק וואָס טיַיַעט אויף אין האַרץ און שפאַרט צו די אויגן – בין איך געווען מיט זי. מיר האָבן זיך געהאַלטן פֿאַר די הענט: נאָר נישט פֿאַרלירן זיך! מיר זענען געווען פֿאַרקוקט אויפֿן פֿאַרנאַכטיקן הימל, וואָס איז געשטורעמט געוואָרן דורך פֿילקאָליריקע פֿיַיַערן. דער יום-טוב פֿון נצחון. פאַמעלעך, ווי שוועבנדיק, האָבן מיר דורך דער גאָרקי-גאַס זיך דערנענטערט צום רויטן פלאַץ. מיר האָבן כמעט נישט גערעדט צווישן זיך. דער אומענדלעכער המון האָט געשפאַנט ווי אין אַ פראָצעסיע. אויף די פנימער איז נישט געווען קיין אָפֿענע, פֿאַרשיכורנדיקע פֿרייד. די מלחמה האָט פֿון דער מאַסע מענטשן אַרויסגעריסן די נאָענטסטע. אָט זענען זיי, די פֿרויען, וואָס גייען אַליין, מיט טיכלעך אויף די קעפ, אָן אַ שמייכל אויפֿן פנים. צי וועלן די טיַיַערע נאָך זיך אומקערן? [פֿון שפיטאָל, פֿון געפֿאַנגענשאַפֿט]? איך האָב געוווּסט, אַז מיַיַנע נאָענטע וועלן זיך נישט אומקערן. און טאַקע צוליב דער זיכערקיַיַט, אַז כ'האָב נישט אויף וועמען צו וואַרטן, האָב איך זיך איַיַנגעטוליעט, איַיַנגעגראָבן אין די אומבאַקאַנטע המונים ביז איך האָב דערשפירט, אַז כ'בין נישט אַליין אין דעם גאַנג. נישט קיין אויסבראָך פֿון פֿרייד, נאָר אַ האָפֿענונג, אַ פֿאַרדראָס, און אַ ווייטיק – אַז וווּנדן האָבן אַ טבע זיך צו היילן, און פנימער – פֿאַרמעקט צו ווערן, און נעמען – צו ווערן פֿאַרגעסן. און דערביַיַ – דאָס טיַיַערסטע: די אילוזיע, אַז עס קומט אַן אַנדער תקופה. אַז דער המון אין די גאַסן איז נישט צו באַזיגן – נישט פֿון פֿרעמדע אָנפֿאַלערס און נישט פֿון אייגענע אונטערדריקערס. נישט לאַנג האָט אָנגעהאַלטן די אילוזיע. די רעזערוון פֿון שׂינאה זענען נישט געווען אויסגעשעפט און זיי זענען פֿאַרווענדט געוואָרן אויפֿן אינערלעכן פֿראָנט. דער פחד האָט ווידער גענומען אין קלעם די מאַניפֿעסטירנדירע מיליאָנען – און זיי צעטיילט איינע קעגן די אַנדערע. אין דער וועלט האָבן זיך אָנגעהויבן די באַפֿריַיַונג-קאַמפֿן פֿון פֿאַרשקלאַפֿטע פֿעלקער. אָפֿט זענען הינטער זיי געשטאַנען אַנדערע, קומענדיקע פֿאַרשקלאַפֿערס, אָבער די אויפֿשטייערס קעגן דער איצטיקער אונטערדריקערישער מאַכט האָבן געהאַט די זיכערקיַיַט, אַז זיי זענען די גערעכטע. אויך די ייִדן זענען געווען צווישן די כוחות, וואָס זענען אויפֿגעשטאַנען קעגן אַ שטאַרקער, מיליטערישער מאַכט – קעגן דער בריטישער אימפעריע. די סאָוויעטישע ציַיַטונגען זענען פֿול געווען מיט התפעלות פֿון די באַפֿריַיַוינג-קאַמפֿן פֿון די ייִדן אין ארץ ישראל. די יידן אין ראַטן-פֿאַרבאַנד האָבן זיך איבערגענומען פֿון דער סימפאַטיע וואָס די סאָוויעטישע רעגירונג און פרעסע וויַיַזן אַרויס צו די קעמפֿערס פֿון פלמ"ח און לח"י. בלויז יענע געזעלשאַפֿטלעכע טוערס, וואָס זענען געשטאַנען אַ ביסל נענטער צו די סאָוויעטישע מאַכטאָרגאַנען האָבן שוין דעמאָלט געהאַט אַ חשד, אַז פאַראַלעל מיט דער פראָ-ייִדישער ליניע אין ארץ-ישראל, וואָס איז אַ פועל-יוצא פֿון דער אַלגעמיינער אנטיענגלישער פאָליטיק פֿון דער סאָוויעטישער רעגירונג, גייט וויַיַטער אָן דער קורס פֿון אינטעגראַציע לגבי דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין ראַטן-פֿאַרבאַנד. פֿאַרקערט, זי איז נאָך פֿאַרשטאַרקט געוואָרן נאָך דער מלחמה צוליב די אַנטיסעמיטישע שטימונגען, וואָס האָבן זיך אַנטוויקלט בעת דער נאַצישער אָקופאַציע אין די מערב-געביטן פֿונעם לאַנד. מיר האָבן באַמערקט דעם אומרו ביַיַ די סאָוויעטישע ייִדישע שריַיַבערס. מסתמא האָבן זיי שוין געהאַט אַ פֿאָרגעפֿיל וועגן אַ ניַיַער אָנקומענדיקער כוואַליע פֿון רעפרעסיעס קעגן דער ייִדישער קולטור-סביבה. אין די עפֿנטלעכע אַרויסטריטן זענען זיי אַלץ נאָך געווען האָפֿענדיק און זיי האָבן צוגעזאָגט אַ ניַיַעם פֿאַנאַנדערבלי פֿון דער ייִדישער קולטור און ליטעראַטור. צווישן די אָפטימיסטן זענען געווען י. דאָבראָשין, א. קושניראָוו. אָבער אין די היימישע שמועסן איז נישט געווען קיין סימן פֿון דעם קַזיאָנעם אָפטימיזם. אַ סך פֿון זיי האָבן זיך אפילו נישט באַמיט צו פֿאַרמאַסקירן זייער דערדריקטקיַיַט און זייער אַנגסט פֿאַר די קומענדיקע טעג. מיר, די ייִדישע שריַיַבערס פֿון פוילן, האָבן געלעבט אין אַן אַנדער וועלט, אָבער אויך אונדז האָט באַהערשט די שרעק פֿאַרן גורל פֿון די סאָוויעטישע ייִדישע שריַיַבערס. ווען מיר זענען זיך צונויפֿגעקומען מיט זיי און מיר האָבן גערעדט וועגן דעם חורבן אין פוילן, וועגן די אַנטיסעמיטישע אָנפֿאַלן פֿון די פאָליאַקן אויף דער שארית-הפליטה, האָבן מיר זעלטן געפֿילט מצד די סאָוויעטישע קאָלעגן אַ מיטגעפֿיל און כמעט קיין מאָל האָבן מיר נישט געהערט קיין עצה, אַז מיר זאָלן זיך נישט אומקערן קיין פוילן. אין יענע טעג האָב איך איין מאָל געטראָפֿן אין גאַס דעם פאָעט איַיַזיק פלאַטנער. ווען ער האָט געהערט, אַז כ'האָב בדעה צו בליַיַבן אין ראַטן-פֿאַרבאַנד, האָט ער מיך אָנגעקוקט אַ וויַיַלע, אָבער דערנאָך האָט ער גענומען מיך וואָרענען, אַז מיך וועט מען דאָ שטענדיק האַלטן פֿאַר אַ פֿרעמדן, פֿאַר אַ פוילישן. "טוט נישט אַזאַ זאַך – האָט ער געטענהט – איַיַער אָרט איז אין פוילן, און אפשר ערגעץ אַנדערש"... מיר האָבן זיך געזעגנט. ער האָט מיר פֿעסט געדריקט די האַנט. מער האָב איך אים שוין נישט געזען.
דעם 2טן נאָוועמבער. וואָס וועט זיַיַן מיט מיַיַנע לידער? איך מיין צו זאָגן: אָן מיַיַנע לידער. פֿון זינט כ'בין אַוועק אין דזשונגל פֿון די פֿאַקטן אין דער פֿאַרגאַנגענהיַיַט, האָב איך אויפֿגעהערט צו שריַיַבן לידער – די פֿערזן, וואָס קאָנצענטרירן אין ווייניק ווערטער ציַיַט און געשעעניש. איך בענק שוין נאָך אַן אמתן ליד, וווּ איין שורה ריַיַסט אויף און מאַכט ליכטיק די גאַנצע וועלט. וואָס איז אַ ליד? וווּ שטעקט דער סוד? ווי אַזוי ווערט געשאַפֿן אָט דער וווּנדער פֿונעם מענטשלעכן וואָרט? און פֿאַר וואָס איז דאָס אַזוי נויטיק, אָז אין דער שווערסטער טאָגטעגלעכקיַיַט קען דער פאָעט נישט לעבן אָן דעם און אין זיַיַן גרעסטער פיין מאַכט ער זיך יום-טוב מיטן ליד? איך ווייס נישט. די קריטיקערס און פראָפֿעסאָרן באַנוצן זיך מיט אַלע אַרגומענטן, סיַיַ קאָנקרעטע, סיַיַ אַבסטראַקטע, כדי אויפֿצודעקן דעם לעבעדיקן, פוליסירנדיקן כוח פֿון דעם זינגענדיקן וואָרט. אָבער ביַיַ מיר בליַיַבט דערפֿון נישט מער ווי דער געבוי פֿון אַ קלוגן מעכאַניזם. איך אַליין האָב וויפֿל מאָל שוין געפרוּווט אָנכאַפן די רגע, ווען עס גיט זיך מיר אַ מיש אין קאָפ פֿון אַ באַריר מיט דער העכסטער קראַפֿט – און כ'ווייס, אַז אַ ליד איז געבוירן געוואָרן, אַז גאָט האָט זיך באַוויזן צו מיר פנים אל םנים. אָבער די רגע פֿאַרשווינדט שנעלער פֿון אַ בליץ. באַגיַיַסטערונג? אמת. דער גאַנצער ליימענער גוף, דער חומר, ווערט דורכגעלויכטן און פֿאַרוואַנדלט אין גיַיַסט, אָנגעקניפט אין דער אייביקיַיַט. אין יענער רגע וואָלט נישט שווער געווען צו שטאַרבן. וואָס זשע וועט זיַיַן אָן מיַיַנע לידער? כ'בין געוואָרן אַן עבד פֿון די פֿאַקטן. איך פֿאַרנעם זיך מיטן היַיַנט, און דורך אים זינק איך אַריַיַן אינעם עבר. איך באמי זיך נישט אפילו צו באַפוצן דאָס באַשריבענע מיט מעטאַפֿאָרעס. כ'וויל נישט, אַז דאָס זאָל ענלעך זיַיַן צו ליטעראַטור. הגם – צי קען מען דען זיַיַן אין גאַנצן זיכער? אפילו אין דער כראָניק וואָס איך שריַיַב, גייט מיר נאָך אַ ניגון אין די שורות – כמעט שטענדיק אַ טרויעריקער ניגון. בלויז אויפֿן ניגון קען מען נישט בויען, אָבער אַ סימן איז ער, אַ צייכן גיט ער. וואָס זאָגט ער צו? אַז דער פֿאָדעם איז נישט איבערגעריסן. דער זכרון וועט זיך איַיַנשטילן, זיַיַן אויבערפֿלאַך וועט ווערן גלאַט ווי אַ שפיגל, און אין אים וועל איך ווידער דערזען מיַיַן פנים, מיַיַן ליד. אפשר איז אַ שאָד, וואָס כ'לאָז אַדורך אַזוי פֿיל קלייניקיַיַטן פֿונעם טאָג. פֿאַרן אמתדיקן בילד פֿון דער ציַיַט זענען זיי אפשר וויכטיקע שטריכן. איך לאָז אַדורך שמועסן צווישן מיר מיט הדסהן און דינהלען, איַיַנדרוקן וועגן באַגעגנטע באַקאַנטע. איין פֿאַקט ריַיַסט מיך אַוועק אין אַ זיַיַט, און אַ מאָל פֿאַרטראָגט ער מיך אין אַ העק, וווּ כ'בליַיַב שטעקן אויף עטלעכע טעג. אָבער איך לאָז עס אַזוי, איך טו גאָרנישט קעגן דעם. אַזוי האָב איך איַיַנגעשטעלט דעם סדר פֿון אומסדר, וואָס מיַיַן מוח דיקטירט מיר. אַזוי וויל איך. אין איין טאָג לעב איך מיט אַ מאָל אין עטלעכע ציַיַטן. איך שטעל-אויף חדשים און יאָרן – אויף צו להכעיס דעם קלוגן און גרויזאַמען געזעץ פֿון פֿאַרביַיַט און פֿאַרגיין. נעכטן בין איך מיט הדסהן געווען אויף אָוונטברויט אין האָטעל "פלאַזאַ". פֿאַרבעטן האָט אונדז אַ ייִד פֿון שיקאַגאָ, וואָס האָט סובסידירט דאָס אַרויסגעבן אין ייִדיש דאָס שוואַרצע בוך (דאָס בוך האָב איך, אין זיַיַן גרעסטן טייל, איבערגעזעצט פֿון רוסיש). דער אַמעריקאַנער ייִד איז איבער די אַכציק. בעתן עסן האָט ער אַרויסגענומען פֿון אַ פושקעלע זיַיַנע קאָלירטע פילן. ער האָט דערביַיַ גערעדט וועגן דעם נאַטירלעכן און אומפֿאַרמיַיַדלעכן גורל פֿון דער ייִדישקיַיַט אין אַמעריקע. געקומען אַהיים, האָבן מיר נאָך באַוויזן צו זען אין טעלעוויזיע די לעצטע אוידיציע פֿון דעם משוגענעם טאָג: אומרוען אין אינדיע, שטאַרבנדיקע קינדער אין אַביסיניע, אַראַבישע נאַפֿטפרינצן אין אייראָפע. ביז 12 אַ זייגער איז אַלץ געענדיקט. דאָס ווערט דער נעכטיקער טאָג. באַגינען וועט אַ גרויסער, אומגעלומפערטער מיסטוואָגן דאָס אַוועקנעמען און צומאָלן ביז צום פֿאַרגעסן, ביז דעם נישטגעווען. אומעטיק? ווי קען עס זיַיַן אַנדערש? און ווען מיר וואָלטן אַרויסגעגאַנגען טאַנצן, אָדער פֿאַרברענגען אין אַ קאַבאַרעט, וואָלט אַנדערש געווען נאָכן אַהיימקומען? צי וואָלט די פֿאַרוויַיַלונג באַוויזן צוצודעקן דאָס קאַלטע, פֿלאַכע טעלעוויזיע-ליכט? מחיה-מתים צו זיַיַן אינדיראַ גאַנדי און ראַטעווען די קינדער, וואָס שטאַרבן פֿון הונגער? פֿאַר טאָג, ווען כ'האָב זיך איבערגעוועקט, האָט הדסה זיך באַקלאָגט, אַז זי האָט נאָך קיין אויג נישט צוגעמאַכט. עס געשעט, אַז נאָכן לייגן זיך אין בעט, נעמט זי אין געדאַנק איבערחזרן די נומערן פֿונעם ניַיַעם פראָגראַם וואָס זי גרייט פֿאַר איר אַרויספֿאָר אין אַמעריקע. זי קען זיך נישט אָפריַיַסן דערפֿון, פון שיר-השירים. זי האָט ליב בוזי. זי אַליין איז בוזי.
שבת, דעם 3טן נאָוועמבער. נעכטן זענען ביַיַ אונדז געווען צום אָוונטברויט שמעון דייטש און זיַיַן פֿרוי לוסי – די זעלבע מיט וועמען מיר האָבן פֿאַרבראַכט מיט עטלעכע טעג צוריק אין האָטעל "פלאַזאַ". דיַיַטש געהער צו די אַמעריקאַנער ייִדן וואָס גיבן אַוועק אַ טייל פֿון זייער פֿאַרמעגן אויף צו שטיצן דאָס ייִדישע בוך. דאָס איז אַ באַקאַנטע און אייגנאַרטיקע דערשיַיַנונג ביַיַם עם הספר, דער עיקר פֿון זיַיַן ייִדיש-רעדנדיקער טייל, אַז פריוואַטע מענטשן סובסידירן דאָס אַרויסגעבן ביכער און אַנדערע קולטור-אונטערנעמונגען. איינער פֿון זיי איז שמעון דיַיַטש. ער איז עלטער פֿון מיר. זיַיַן זכרון גרייכט טיפֿער אין דער פֿאַרגאַנגענהיַיַט. אַלע יאָרן האָט ער געהאַט אַן אינטערעס צו ייִדישער ליטעראַטור און ליב געהאַט צו פֿאַרברענגען מיט ייִדישע שריַיַבערס. ער האָט נאָך געקענט די "גרויסע" פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין אַמעריקע. ער איז שטאָלץ דערמיט און ער איז להוט צו דערציילן וועגן זיי. זיַיַנע זכרונות באַוועגן זיך אַרום מענטשן, וואָס לעבן שוין נישט, און אויך זייערע ווערק דערוויַיַטערן זיך אין עבר. וועגן יעדן פֿון זיי ווערט גערעדט אין דער פֿאַרגאַנגענהיַיַט-פֿאָרעם. ווען איך מיט הדסהן האָבן באַגלייט די דיַיַטשס אין אונדזער געסל, איז ער, מיט זיַיַנע דראָבנע און שנעלע טריט, אַוועק אויף פֿאָרויס, אָבער כ'האָב געהאַט דעם איַיַנדרוק, אַז ער אַנטלויפֿט אין דער פֿאַרגאַנגענהיַיַט. אַזאַ איז מיַיַן קריַיַז, מיַיַן געזעלשאַפֿט. אַזעלכע זענען מיינסטנס, די מענטשן, מיט וועמען איך פֿאַרברענג – זכרון-מענטשן. פֿאַר שריַיַבערס, אפילו פֿאַר פאָעטן, איז דאָס שעפן פֿונעם עבר ריווח-ברענגענדיק פֿאַרן שאַפֿן, אַ מין נוצלעכע אַרכעאָלאָגיע פֿונעם געדאַנק. און דאָך, אַז מע זיצט עטלעכע שעה און מע דערציילט איינער דעם אַנדערן בלויז וועגן דעם, וואָס געווען, ווערט מען שנעל מיד. מע הייבט אָן פֿאַרשטיין און באַרעכטיקן די אַלטע פאָליטיקערס און געשעפֿטליַיַט, וואָס ווילן נישט אַרויס פֿון זייערע ענינים ביזן לעצטן טאָג פֿון זייער לעבן. איך האָב ליב זכרונות, מער צו לייענען ווי צו הערן. וואָס שייך שריַיַבן זכרונות, איז אָנגענומען צו זאָגן, אַז דאָס איז אַ סימן פֿון אַלטקיַיַט, אָבער איך האָב דווקא דאָס געפֿיל, אַז כ'ווער ייִנגער, אַז כ'גיי נאָך אַ מאָל אַריַיַן אין אַן עלטער ווען די קעגנוואַרט וואָלט איַיַנגעשלונגען די גאַנצע וועלט. מיר העלפֿן דערין אַלע חושים, און צום מיינסטן – דער חוש הריח. אַלע מיַיַנע יאָרן האָב איך אַ שוואַכקיַיַט צום ריח פֿון די סאָסנעביימער. אַ סך מינים זענען פֿאַראַן צווישן די נאָדלביימער, אָבער דער ריח פֿון זיי אַלע איז כמעט דער זעלבער: ביטערלעך-זיס און פֿאַרשיכורנדיק. אין די פֿרילינג-חדשים איז דער ריח אָנגריַיַפֿנדיק. אין קראַסקאָוואָ האָט דער סאָסנעוואַלד אַרויסגערופֿן מיַיַן בענקשאַפֿט צו דער וואַרשעווער געגנט. ווען כ'בין געווען אין באָראָוויכע, אויך הינטער מאָסקווע, נאָר פֿון אַ צווייטער זיַיַט, איז דער ריח נאָך געדיכטער געווען. דאָס איז געווען אַ דאַטשעאָרט פֿאַר די סאָוויעטישע יחסנים – פֿון רעזשים. פֿון דער וויסנשאַפֿט און קולטור. אָט דאָ, הינטער מאָסקווע, אין סאָסנעוואַלד שטיי איך און קען נישט פֿאַרשטיין יענעם קלעפיקן ריח פֿון סמאָלע און האָניק, פֿון מאָך און פֿון שוואָמען, וואָס גרייכט מיך פֿון פוילן נאָך זעקס יאָר מלחמה. – אַזוי האָב איך דעמאָלט געשריבן אין אַ ליד. נישט קיין גאַנצע שעה האָט געדויערט אַהין די ריַיַזע פֿון מאָסקווע, אָבער דאָס איז געווען ווי אַ נסיעה פֿון גהנום אין גן-עדן אַריַיַן. אויפֿן וואָקזאַל אין מאָסקווע האָבן זיך געשטופט די מענטשן מיט די זעקלעך און אָפגעהאַקט זיך די זיַיַטן. די רוסן, ווי באַקאַנט, ווייסן נישט ווי אַזוי מע מיַיַדט אויס דעם מענטש וואָס קומט אָן אַנטקעגן: ביידע גייען גליַיַך, פֿאַר זיך, קיינער וויל נישט אויסמיַיַדן, אָפטרעטן דעם וועג. אין באָראָוויכע אָבער... דאָס וועל איך שפעטער דערציילן. אויף דער באַנק אינעם מאָסקווער וואָקזאַל, וווּ כ'בין געזעסן און געוואַרט אויפֿן עלעקטרישן צוג קיין באָראָוויכע, האָב איך דערזען אַ יונגע פֿרוי מיט אַ וואַליזקע. אין איר אויסזען איז זי געווען אַ סך אַנדערש ווי אַלע אַנדערע פֿון די פאַסאַזשירן. זי האָט מיך אויך באַמערקט, אָבער זי האָט געהאַט אַ שאַרפֿער אויג: זי האָט תיכף אָנגעהויבן רעדן צו מיר פויליש. "איר וואַרט אויך אויפֿן צוג קיין באָראָוויכע"? כ'בין אַ ביסל צעמישט געוואָרן: "פֿון וואַנען ווייסט איר"? "די הויזן מסרן איַיַך. אַזעלכע גרינע הויזן, מיט אַזאַ אָריגינעלן שניט, קריגט מען נאָר אין ז.פ.פ."... מיר האָבן ביידע זיך צעלאַכט. פֿאַרשטייט זיך, אָז מיר זענען שוין צוזאַמען געפֿאָרן קיין באָראָוויכע, צוזאַמען אָנגעקומען אַהין און – צוזאַמען שפאַצירט אין דער וואַלדיקער געגנט. זי איז געווען אַ מאָל אַ פֿילם-אַקטריסע, אין אַ געוויסער ציַיַט – די פאָפולערסטע אין דער פוילישער פֿילם-פראָדוקציע. מיינסטנס, האָט זי געשפילט אין מעלאָדראַמאַטישע אָדער סענסאַציאָנעלע פֿילמען, נישט פֿון קיין הויכער קינסטלערישער מדרגה. באָראָוויכע, ווי געזאָגט, איז געווען דאָס דאַטשעאָרט פֿון סאָוויעטישע מיניסטאָרן, פראָפֿעסאָרן, באַרימטע מאָלערס, אַקטיאָרן און שריַיַבערס. אויף אַ באַשטימטן מרחק איינער פֿון אַנדערן זענען געשטאַנען די אַלטמאָדיש-געשניצטע הילצערנע היַיַזער. נישט אַלע זענען זיי געווען באַזעצט, אָבער אויף יעדע הונדערט שריט איז געשטאַנען אַ שומר, אַ געבענטשטער מיט אַ שאַרף אויג; ער האָט באַלד דערקענט ווער פֿון די אַדורכגייערס עס איז אַ "היגער", ד"ה אויף אָפרו אין איינעם פֿון די היַיַזער. נישט זעלטן האָבן זיי קאָנטראָלירט די דאָקומענטן. איינער פֿון די היַיַזער איז אָפגעגעבן געוואָרן צו דער דיספאָזיציע פֿון ז.פ.פ. אַ ספעציעלע קאָמיסיע פֿון די "פוילישע פאַטריאָטן" האָט באַשטימט די קאַנדידאַטן אויף אָפרו אין דעם הויז. על פי רוב זענען געשיקט געוואָרן אַהין מענטשן "מיט פֿאַרדינסטן" אויף די געביטן פֿון קונסט און וויסנשאַפֿט. אַ "מעלה" צו געניסן פֿון דעם זכות איז געווען צו זיַיַן שוואַך און אויסגעשעפט. אַזאַ "מעלה" האָב איך דעמאָלט טאַקע געהאַט – און די קאָמיסיע האָט באַשטעטיקט פֿאַר מיר 10 טעג אין דעם גן-עדן. אַ הויז מיט אַזאַ לוקסוס האָב איך מער אין ראַטן-פֿאַרבאַנד נישט געזען. פֿאַר די 15-20 געסט, וואָס האָבן דורכשניטלעך אָפגערוט אין דעם הויז, האָט געאַרבעט אַ פערסאָנאַל פֿון פֿערציק מענטשן – מיט קעכינס, רוינערקעס, וועשינס, מעדיצינישע שוועסטער, גערטנערס און נאָך – פֿון דער אַדמיניסטראַציע. די כלים צום עסן זענען געווען פֿון דינעם פאָרצעלאַן, און דער באַשטעק – פֿון זילבער. די טישטעכער, די האַנטעכער און סערוועטן האָבן געבלאַנקט פֿון וויַיַסקיַיַט. ווי אַזוי האָט אין דעם לאַנד, 28 יאָר נאָך דער רעוואָלוציע, זיך אויסגעהיט אַזאַ אויסשטאַטונג? קיינער פֿון די געסט האָט דאָס נישט געפֿרעגט. ביַיַם עסן פֿלעגן מיר זיצן צוזאַמען ביַיַם גרויסן טיש, און די יונגע קעלנערקעס מיט די געפרעסטע פֿאַרטעכלעך האָבן דערלאַנגט מאכלים פֿון אַזעלכע קָמבינאַציעס, אַז כ'האָב נישט געוווּסט מיט וואָס מען עסט דאָס. איך האָב געקוקט אויף דער אַקטריסע. זי איז געווען מיט געניט, און איך האָב איר נאָכגעטאָן. עטלעכע פֿון די געסט זענען מיר געווען באַקאַנט. איינער איז געווען אַ פראָפֿעסאָר פֿון פוילישער געשיכטע, אַ צווייטער – אַ סטודענט אויפֿן מאָסקווער אוניווערסיטעט, אַ דריטער – אַ צענטראַלער טוער פֿון דער פֿאַרמלחמהדיקער אומלעגאַלער קאָמפאַרטיי. וועגן דער אַקטריסע איז אָפגערעדט – אַלע האָבן זי געקענט. אין דער סטערילער אַטמאָספֿער פֿון דעם הויז בין איך שיר נישט דערשטיקט געוואָרן. ראַטעווען האָב איך זיך געקענט נאָר אין די לידער. ווען אַלע געסט זענען אַוועק אויפֿן שפאַציר, בין איך געבליבן אין מיַיַן צימער. מ'האָט מיך גערופֿן פֿון דרויסן, אָבער איך האָב זיך געמאַכט נישט הערן. אין יענע טעג האָב איך אָנגעשריבן "צו די פאָליאַקן" – אַ ביטער ליד וועגן די פאָליאַקן, וואָס האָבן געהאָלפֿן אומברענגען די ייִדן. דער קאָמוניסטישער טוער, מיַיַן שכן אין דעם אָפרוהויז, איז געווען ניַיַגעריק צו הערן מיַיַנע ניַיַע לידער. כ'האָב אים צוליב געטאָן און דערציילט, אַז צווישן זיי געפֿינט זיך אַ ליד מיטן נאָמען "צו די פאָליאַקן". "גוט, גוט – האָט ער זיך דערפֿרייט – מיצקעוויטש האָט אַ מאָל אָנגעשריבן אַ ליד "צו די ברידער ??????" (ע"מ 148, שורה 7 מלמעלה), און איצט שריַיַבט אַ ייִדישער פאָעט אַ ליד צו די פאָליאַקן". – ער איז זיכער געווען, אַז דאָס איז אַ ליד פֿון לויב פֿאַר דער הילף, וואָס פאָליאַקן האָבן אַרויסגעוויזן פֿאַר ייִדן. און אַזעלכע זענען דאָך אויך געווען, הגם אין אַ גאַנץ קליינער צאָל. אָבער ווען ער האָט דערהערט די ערשטע שורות פֿון דעם ליד, האָט זיַיַן פנים אָנגעהויבן ווערן טונקעלער. מיר זענען געגאַנגען אין צווישן די וועכטער, אין צווישן דעם רוצחשן קאַלטן געלעכטער. און איר האָט מיט גליַיַכגילט געגאַפעט אויף ????, (ע"מ 148, שורה 14 מלמעלה) און איר האָט מיט גליַיַכגילט געקוקט ווי זיי שלאָגן. – – ווען כ'בין געפֿאָרן אינעם אָפרוהויז פֿון ז.פ.פ., איז גאָלדע ווידער געווען אין אַ שפיטאָל פֿאַר טובערקולאָזע, דאָס מאָל אין צענטער מאָסקווע. אין דעם זעלבן שפיטאָל האָט דעמאָלט אויך זיך געפֿונען דער סאָוויעטישער ייִדישער שריַיַבער פֿיַיַוול סיטאָ. ער איז געווען אין דער לעצטער סטאַדיע פֿון טובערקולאָז. בעת מיַיַן באַזוך ביַיַ גאָלדען איידער כ'בין אַוועקגעפֿאָרן, בין איך אויך אַריַיַנגעגאַנגען אין זיַיַן צימער. דאָרט האָב איך געטראָפֿן איציק פֿעפֿערן מיט נאָך עמעצן פֿונעם אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. פֿיַיַוול סיטאָ האָט נישט אויסגעזען צו זיַיַן אַזוי האָפֿענונגליוז קראַנק, און אין זיַיַן שפיטאָל-צימער, וווּ עס זענען געלעגן נאָך עטלעכע קראַנקע, איז געפֿירט געוואָרן אַ דיסקוסיע – כ'געדענק שוין נישט וועגן וואָס. פֿיַיַוול סיטאָ איז געווען אַ סטאַבילער מיטאַרבעטער אין דער רעדאַקציע "אייניקיַיַט". אויך נאָך מיַיַן צוריקקומען פֿון באָראָוויכע בין איך אַוועק צו גאָלדען אין שפיטאָל. באַלד ביַיַם אַריַיַנקומען אין איר צימער האָב איך דערזען די רויטע פֿלאַמען איוף איר פנים. כ'האָב שוין נישט געדאַרפֿט פֿרעגן וואָס זי מאַכט. זי האָט מיר דערציילט, אָז מיט צוויי טעג צוריק איז פֿיַיַוול סיטאָ געשטאָרבן און מאָרגן וועט זיַיַן די לוויה. זי האָט מיך געפֿרעגט ווען איך גיי צום קינד. "גיי נישט איצט, גיי נישט פֿון דאַנען, נאָר גליַיַך פֿון שטוב" – האָט זי צוגעגעבן. דערנאָך האָט זי אָנגעהויבן זיך אויספֿרעגן ווי אַזוי כ'האָב פֿאַרבראַכט אין באָראָוויכע, ווי דאָרט זעט אויס. "דו האָסט זיך אַ ביסל פֿאַרריכט" – האָט זי געזאָגט. זי האָט אָבער נישט געהאַט קיין כוח און קיין געדולד אויסצוהערן מיַיַנע שילדערונגען וועגן יענעם גן-עדן אויף דער ערד. וויַיַזט אויס, אַז כ'בין געוואָרן צו פֿיל פֿאַרכאַפט פֿונעם דערציילן. "איך ווייס אַלץ – האָט זי געזאָגט – כווייס אַלץ"... אין אירע ווערטער איז קיין פֿאַרדרוס נישט געווען, אָבער אין זיי האָט מען געקענט אַ סך אַריַיַנלייגן. אויף צו מאָרגנס, ווען כ'בין ווידער געקומען זי באַזוכן, האָט זי זיך געפֿילט בעסער. די הויכע טעמפעראַטור איז אַראָפגעפֿאַלן. דאָס מאָל האָט זי מיך גענומען אויספֿרעגן וועגן די מענטשן, וואָס זענען געזעסן מיט מיר אין באָראָוויכע. כ'האָב אויסגערעכנט איינעם נאָכן אַנדערן, יעדן כאַראַקטעריזירט מיט עטלעכע ווערטער, אָבער די פֿילם-אַקטריסע האָב איך איבערגעלאָזן ביזן סוף פֿון דער רשימה. אירע בלויע אויגן האָבן אַ ליַיַכט געטאָן מיט זייער אַמאָליקער שטיפֿערישקיַיַט: "פֿאַר וואָס האָסטו זי באַהאַלטן ביזן סוף? אחרון, אחרון חביב"? גאָלדע האָט אַ מאָל געלערנט עברית. אין אירע אינטימע בריוולעך צו מיר פֿלעגט זי אפילו איבערזעצן איר נאָמען: זהבה. – – שטענדיק ווען כ'בין אַוועק פֿון מיַיַנע באַזוכן ביַיַ איר אין די שפיטעלער, איז מיר ענג געווען אין האַלדז. דאָס איז געווען דער קליינער פריַיַז פֿאַר מיַיַן איבערלאָזן זי אין איר פיַיַן, פֿאַר מיַיַן פֿאַרברענגן אין דרויסן און געניסן פֿון דער פֿריַיַער לופֿט און פֿון מיַיַן יונגע ענערגיע. איך געדענק נישט, אַז זי זאָל זיך האָבן אַ מאָל באַקלאָגט דערויף, אַז זי זאָל מיר מאַכן פֿאָרוווּרפֿן. די אומגעריכטע אויסבראָכן פֿון מיַיַן פֿרייד, פֿון מיַיַן הומאָר, האָט זי באַטראַכט פֿאַר נאַטירלעך – און זי האָט עס גערן געהאַט. איין מאָל איז אין קראַסקאָוואָ אָנגעקומען אַ יונגע פוילישע פֿרוי. אַ בלאָנדע. זי האָט באַלד באַמערקט, אַז יענע האָט מיך פֿאַראינטערעסירט. אין אָוונט האָט זי אומגעריכט צו מיר אַ זאָג געטאָן: "איין זאַך בעט איך דיך, בינם: דו זאָלסט זי נישט קושן אין מויל. אַלץ יאָ, נאָר נישט דאָס"... גאָלדע האָט שטאַרק זיך געהיטן, אַז כ'זאָל זי נישט קושן אין די ליפן, כדי איך זאָל זיך נישט אָנשטעקן. יענעם זומער זענען מיר ווידער געווען צוזאַמען אין קראַסקאָוואָ. כמעט יעדן טאָג בין איך געפֿאָרן קיין מאָסקווע. כ'בין להוט געווען צו טרעפֿן זיך מיט מענטשן און געווויער ווערן וואָס עס הערט זיך ניַיַעס אין אונדזערע ייִדישע ענינים. נישט שטענדיק האָב איך באַזוכט די צוויי ייִדישע צענטערס: דעם אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט און דעם ייִדישן קאָמיטעט ביַיַ ז.פ.פ. אין דער לעצטער אינסטיטוציע האָב איך זיך געפֿילט היימישער, דאָרט האָבן געאַרבעט מיַיַנע אַלטע חברים דוד ספֿאַרד און בער מאַרק. אמת, ביידע זענען זיי געווען פֿאַרזונקען אין דער געזעלשאַפֿטלעכער אַרבעט. ייִדן פֿון גאַנצן לאַנד האָבן זיי נישט צו רו געלאָזן, געווענדט זיך צו זיי נישט בלויז אין וויכטיקע לעבנס-פֿראַגן, נאָר אויך וועגן קלייניקיַיַטן. די ביידע חברים האָבן מיך אָפֿט נישט דערזען צווישן די "אינטערעסאַנטן", און איך האָב זיי נישט געוואָלט פֿאַרדרייען דעם קאָפ מיט מיַיַנע צרות. פֿון דעסטוועגן איז מיר דאָרט ליַיַכטער געווען צו עפֿענען די טיר, איידער ביַיַ איציק פֿעפֿערן, הגם זיַיַן באַציִונג צו מיר איז אַלע מאָל געווען אַ חבריש, און אויך אַ וואַרעמע – אויף וויפֿל ער איז דערצו פֿעיִק געווען. עטלעכע מאָל אין וואָך האָב איך באַזוכט דינהלען אין דער קינדערהיים. מ'האָט זי נאָר וואָס געהאַט איבערגעפֿירט פֿון איין קינדערהויז אין אַ צווייטן, וואָס איז געווען מער צוגעפאַסט פֿארַ איר עלטער. נאָך עטלעכע וואָכן פֿון איר געפֿינען זיך אויפֿן ניַיַעם אָרט, האָב איך באַמערקט, אַז פֿאַר דער גאַנצער ציַיַט פֿון מיַיַן באַזוך רעדט זי נישט אויס קיין וואָרט. כ'האָב געפֿרעגט וועגן דעם דער פֿאַרוואַלטערין, און זי האָט באַשטעטיקט, אַז זינט עטלעכע טעג האָט דאָס קינד אויפֿגעהערט צו רעדן. אַ וואָך שפעטער האָט מען מיך געשיקט מיט דינהלען צו אַ ספעציאַליסט, אַ קינדער-דאָקטער. מיר זענען געגאַנגען צו אים אין דער באַגלייט פֿון אַ שוועסטער פֿון דער קינדערהיים. דער דאָקטער האָט זי באַטראַכט און אויף אַ שפילעוודיקן אופן אַרויסבאַקומען פֿון איר דאָס ערשטע וואָרט. דערנאָך איז אַלץ שוין געווען ליַיַכט און פֿליסיק. ערשט מיט עטלעכע יאָר שפעטער האָט דינהלע מיר דערציילט, אַז אַ קינד אין יענעם קינדערהויז האָט איר געוואָרפֿן אַ בענקל אין קאָפ – און דעמאָלט האָט זי אויפֿגעהערט רעדן. בעת די גאַנצע זאַך איז געשען, האָב איך גאָלדען נישט דערציילט וועגן דעם. וועגן דעם פֿאַל האָט זי נישט געטאָרט וויסן. זי האָט סיַיַ ווי געהאַט אַ שולדגעפֿיל פֿאַר איר אָפגעריסנקיַיַט פֿונעם קינד, פֿאַר איר אַרומוואַלגערן זיך אין די קינדערהיימן צווישן פֿרעמדע מענטשן און צווישן קינדער, וואָס האָבן זי פֿאַרטויבט נישט בלויז מיטן טומל, נאָר אַ סך מאָל אויך מיט קלעפ. די "אידיליע" אונדזערע אין קראַסקאָוואָ האָט אויך געהאַלטן ביַיַם ענדיקן זיך. די פֿאַרוואַלטערין פֿון דעם הויז, דעמאָלט שוין אַ ייִדישע, האָט זיך דערוווּסט, אַז גאָלדע איז קראַנק אויף טובערקולאָז. זי האָט וועגן דעם געמאָלדן אין דעם פֿאַרוואַלטונג פֿון ז.פ.פ., מיט אַ באַמערקונג, אַז גאָלדעס וווינען דאָרט באַדראָט דאָס געזונט פֿון אַנדערע מענטשן אין דעם הויז. זי באַניצט זיך דאָך מיט די כלים און מיט דער וועש פֿונעם הויז, און אַזוי אַרום איז זי אין אַ כסדרדיקן קאָנטאַקט מיט אַלע אַנדערע איַיַנוווינערס. מ'האָט מיך גערופֿן אין דער קאָמיסיע פֿאַר די ענינים פֿון דעם הויז. דעליקאַט, אָבער קאַטעגאָריש, האָט מען מיר דערקלערט, אַז מיר דאַרפֿן וואָס שנעלער פֿאַרלאָזן דאָס הויז פֿון ז.פ.פ. כ'האָב אָנגעהויבן זוכן אין דער געגנט אַ צימער ביַיַ אַ משפחה. כ'האָב געפֿונען אַ צימער, נענטער צו מאַלאַכאָווקע. אין דעם קליינעם היַיַזל האָבן געוווינט אַ יונגע פֿרוי מיט איר צעניאָריקן זון. דער פֿאַמיליע-פֿאָטער איז געווען אויף דער מלחמה – און נישט צוריקגעקומען. ס'איז געוואָרן האַרבסט. דער ערשטער שניי איז געפֿאַלן. די סאָסנעס האָבן זיך איַיַנגעבילט אין וויַיַסן. די לופֿט איז געוואָרן שאַרפֿער, גיביסן די נאָזלעכער. די פֿרוי, צו וועלכע מיר האָבן זיך אַריַיַנגעצויגן, האָט געוווינט אין אַ באַזונדער הילצערן היַיַזל מיט אַ שטיקל אייגענער ווירטשאַפֿט. זי האָט געהאָדעוועט אַ ביסל ירקות און זיי פֿאַרקויפֿט צו היימישע מענטשן, כמעט אומלעגאַל. אין יענער ציַיַט האָט די מאַכט אַוועקגעקוקט דערפֿון. ביַיַ דער פֿרוי אין שטוב האָבן מיר שוין נישט געהאַט יענע באַקוועמלעכקיַיַטן פֿון דער ווילע אין קראַסקאָוואָ. דאָס צימער אַליין איז דווקא געווען אַן אָנגענעמער, מיט ווייך מעבל. פֿריִער איז דאָס געווען דאָס שלאָפֿצימער פֿונעם פאָרפֿאָלק. שוועריקיַיַטן זענען געווען מיטן קאָכן. אין קראַסקאָוואָ האָבן מיר געקענט באַנוצן זיך מיט דער אַלגעמיינער גרויסער קיך, וואָס האָט כמעט שטענדיק געברענט. איצט האָט גאָלדע געגרייט אונדזער ביסל מיטאָג אויף אַ נאַפֿטמאַשינקע, אין דרויסן, און דעם נאַפֿט האָבן מיר אַליין געדאַרפֿט זיך איַיַנשאַפֿן. אַחוץ דעם איז איצט דער מרחק פֿון דער באַנסטאַציע געווען אַ סך אַ וויַיַטערער. אָבער אויך אין דעם צימער איז אונדז גוט געווען. דאָס מעבל איז דאָרט געווען זייער ווייך. גאָלדע און איך זענען געשלאָפֿן אויף אַ סאָפֿע, נישט קיין ברייטע, אָבער זייער אַ הויכע, אַ טאָפל-אויסגעבעטע. ווען מיר האָבן זיך געלייגט, זענען מיר ממש איַיַנגעזונקען. אין קראַסקאָוואָ האָבן מיר געהאַט באַזונדערע געלעגערס, דאָ האָט וועגן דעם קיין רייד נישט געקענט זיַיַן. גאָלדע האָט כסדר מורא געהאַט איך זאָל זיך נישט אָנשטעקן, אָבער אונדז איז געווען אַזוי גוט און וואַרעם אויפֿן הויכן געלעגער, אַז מיר האָבן אין אַלץ פֿאַרגעסן און ווי אַריַיַנגעפֿאַלן אין אַן אַנדער וועלט. גראָד אין ייענער צייט האָט גאָלדע זיך געפֿילט אַ ביסל בעסער. די אָנפֿאַלן פֿון הויכע היץ זענען געווען זעלטענער. ווייזט אויס, אַז די שנייטעג אין יאַנואַר פֿון יאָר 1946 האָבן גוט געווירקט אויף איר. די ווינטן האָבן זיך אײַנגעשטילט, די לופֿט איז געווען אַ טרוקענע, קליינע פֿרעסטלעך האָבן ליַיַכט צוגעפֿרוירן דעם וויַיַסן שטח צווישן די סאָסנעביימער. שטיל און רויק איז געווען אַרום אונדז. אַ מאָל-צוויי אין דער וואָך פֿלעגט קומען אַ יידישע פֿרוי, אַננאַ בענציאָנאָוונאַ האָט אונדזער באַלעבאָסטע זי גערופֿן. זי האָט כסדר געזוכט געלעגנהייטן צו בלייבן אַליין מיט אונדז און שמועסן. מיר האָבן זיך דערוווּסט, אַז זי האָט געשעפֿטן מיט אונדזער באַלעבאָסטע: זי קויפֿט אָפּ ביי איר אַ ביסל פֿון איר גרינוואַרג און דערפֿאַר ברענגט זי איר פֿאַרשיידענע אַנדערע פרודוקטן פֿון מאָסקווע, ווי זייף, מעל, גרויפּן און דעסגלייכן. אַננאַ בענציאָנאָוונאַ האָט געוווינט אין מאָסקווע, און דווקא אין צענטער שטאָט – אויף דער גאַס קיראָוואַ. פֿאָרזיכטיק און פֿאַמעלעך האָט זי אונדז אָנגעהויבן צורעדן, אַז מיר זאָלן פֿאַרלאָזן אונדזער צימער אין דעם היַיַזל און גיין וווינען צו איר, אין מאָסקווע. זי וועט אונדז אָפּגעבן אַ באַזונדערער צימער. "וואָס זיצט איר דאָ, אין דעם העק, ביי דער גויע"? - פֿלעגט זי אַרײַנטענהן אין אונדז אויף יידיש ווען זי איז מיט אונדז געבליבן אַליין – ביי מיר וועט איר זײַן אין צענטער שטאָט, ביי מיר איז פֿאַראַן צענטראַל באַהייצונג, טעלעפאָן, און איר וועט נישט דאַרפֿן צאָלן קיין סך מער ווי איר גיט איצט פֿאַר אָט דעם ענגן קעמערל" די דאָזיקע פֿרוי איז אונדז בפירוש געווען נישט סימפאַטיש. ווען די באַלעבאָסטע איז געווען אין שטוב און אַננאַ בענציאָנאָוונאַ האָט מיט איר געשמועסט, האָט עס אויסגעזען ווי זיי וואָלט פֿאַרבינדן אַן אמתער פֿריַיַנדשאַפֿט, אָבער ווי נאָר יענע איז אַוועק, האָט די מאָסקווער פֿרוי אָנגעהויבן צורעדן אונדז, אַז מיר זאָלן פֿאַרלאָזן איר פֿריַיַנדין און אַריבער צו איר. פֿון אָנהייב האָט גאָלדע נישט געוואָלט הערן וועגן דעם און אויך איך האָב געהאַט באַוואָרענישן. ווײַל כ'האָב געהאַלטן, אַז די וואַלדלופֿט ווירקט גוט אויף גאָלדען. ביסלעכווײַז בין איך מיד געוואָרן פֿון דעם כסדרדיקן טאָגטעגלעכן גיין צו דער עלעקטרישער באַן, און פֿון דער ענגשאַפֿט אין די וואַגאָנען בעת די נסיעות קיין מאָסקווע און צוריק. דאָס איבערציען זיך קיין מאָסקווע וואָלט פֿון דעסטוועגן נישט פֿאָרגעקומען אַזוי שנעל, ווען גאָלדע וואָלט נישט געצווונגען געווען ווידער אַוועקצוגיין אין אַ שפיטאָל, זי האָט ווידער אָנגעהויבן קריגן אַטאַקעס פֿון הויכער היץ. אָפֿט פֿלעגט זי אַזוי גליען אין משך פֿון דריי טעג נאָך אַנאַנד און אַ פֿאַרשוואַכטע ליגן אין בעט. דער שניי האָט אָנגעהויבן טיַיַען. דאָס מאָל איז עס פֿאָרגעקומען פֿרי און שנעל. אַ פֿיַיַכטער, וואַרעמער ווינט האָט געוויִייעט אָן אויפהער און פֿאַרטונקלט הימל און ערד. ריזיקע קאָלוזשעס זענען געשטאַנען אויף די וועגן און מענטשן האָבן געבראָדזשעט אין זיי, ווי אין טייכן. כ'פֿלעג אַהיימקומען אַן אויסגעווייקטער ביז אין דער העלפֿט און כ'האָב שנעל אַראָפּגעוואָרפֿן פֿון זיך די נאַסע שיך, זאָקן און הויזן. זיי האָבן זיך נישט שנעל געטריקנט אין יענער נאַסער ערב-פֿרילינגדיקער לופֿט און אָפֿט האָב איך זיי צו מאָרגנס אָנגעטאָן פֿיַיַכטערהייט. דעמאָלט, ווען מ'האָט גאָלדען גענומען אין שפּיטאָל, בין איך אַוועק וווינען צו אַננאַ בענציאָנאָוונאאַ. דאָס שפיטאָל איז געווען אין מאָסקווע און דאָס וווינען אין צענטער שטאָט האָט שטאַרק פֿאַרליַיַכטערט מיַיַנע באַזוכן ביי גאָלדען. דאָס איז אויך געווען אונדזער תירוץ פֿאַר דער גוטער רוסישער באַלעבאָסטע, פֿאַר וואָס מיר פֿאַרלאָזן זי. זי איז געווען זייער צופֿרידן דערפֿון, וואָס מיר גייען וווינען צו איר גוטער פֿריַיַנדין, אַננאַ בעציאָנאָווונאַ... כ'בין זיך מודה, אַז ווען כ'האָב זיך אַריַיַנגעצויגן אין דער דירה אויף קיראָוואַ אין מאָסקווע האָב איך דערפילט עפעס ווי אַ מין באַפֿריַיַונג. כ'האָב געקענט אַוועקגיין און קומען צו יעדער צײַט, טרעפֿן זיך אָפֿטער מיט מענטשן און נישט זײַן אָפּהענגיק פֿון דער איבערגעלאָדענער הינטערשטאָטישער באַן קאָמוניקאַציע. דאָס צימער אונדזערס אין דער וווינונג איז געווען אַ גענוג גערוימער, אָבער פֿון לאַנג שוין אַ נישט רעמאָנטירטער. די דירה איז געווען אַ גרויסע, פֿון זיבּן צימערן - אַ געוועזענע "בורזשויסקע" וווינונג. אַננאַ בענציאָנאָוונאַ מיט אירס אַ טאָכטער און אַ זון , האָט פֿאַרנומען צוויי צימערן. איינער פֿון זיי האָט זי אונדז ערשט פֿאַרדונגען. אין די איבעריקע צימערן פֿון דער וווינונג האָבן געוווינט אַנדערע לאָקאַטאָרן. די קיך און די באַקוועמלעכקיַיַטן זענען געווען בשותפותדיקע. נישט אַזוי ליַיַכט איז געווען דערשלאָגן זיך צו זיי, באַזונדערס אין די מאָרגן-שעהען, ווען די לאָקאַטאָרן האָבן זיך געגרייט אַרויס צו גיין צו דער אַרבייט. דאָ, אין דעם צימער אויף קיראָוואַ, האָב איך פֿאַרבראַכט דאָס לעצטע יאָר אין ראַטן=פֿאַרבאַנד. פֿון דאָרט איז גאָלדע אַוועק אויף מער נישט צוריקצוקומען. אין ייענעם אָפּגעלאָזענעם צימער האָב איך געלערנט נאָך אַ קאַפיטל פֿון דעם שטייגער לעבן אין דער סביבה, מיט די אַלע מיטלען, וואָס מוזן באַנוצט ווערן נישט אונטערצוגיין, צו בליַיַבן אויף דער אייבערפֿלאַך. אונדזער צימער אין דער וווינונג איז געווען דער לעצטער. צו אים האָט מען געדאַרפֿט דורכגיין דורכן צימער, וווּ ס'האָבן איצט זיך אײַנגעאָרדנט, אַחוץ אַננאַ בענציאָנאָוונאַ מיט דער טאָכטער רעבּעקאַ און דעם זון וולאַדיסלאַוו, נאָר ציַיַטוויַיַליק – אויך איר עלטערע טאָכטער בּעבּאַ מיט איר ייִנגל איגאָר. מע קען זיך פֿאָרשטעלן, אַז אין דעם איינעם צימער, וואָס איז געבליבן פֿאַר דער משפחה, נאָך דער ווי מ'האָט אונדז פֿאַרדונגען דאָס צווייטע אָ צימער, איז געווען אַ גרויסע ענגשאַפֿט. אַרום דעם גרויסן טיש זענען געווען אָנגעשטעלט אַ בעט אויף אַ בעט, אַחוץ די צוויי איַיַנגעפֿאַלענע פֿאַרציַיַטישע סאָפֿקעס. רעבעקאַס בעט איז געשטאַנען ביַיַם פֿענצטער, האַרט ביַיַ דער טיר פֿון אונדזער צימער. אַז כ'בין אַהיימגעקומען שפעט ביַיַ נאָכט, איז רעבעקאַ שוין געלעגן אין דעם אויפֿגערודעטן בעט און מיר איז נישט ליַיַכט געווען אַדורכגיין. אַננאַ בענציאָנאָוונאַ איז געווען אַן אשת-חייל. אַ קליינע, אַ זשוואַווע, האָט זי נישט גערוט קיין מינוט און אַהיימגעבראַכט וואָס זי האָט נאָר געקענט באַקומען אין ייענע טעג, ווען אַלץ איז געווען צוגעשטעלט אויף קאַרטלעך. אַלע נויטן פֿון דער משפחה, אויך פֿון דער חתונה-געהאַטער טאָכטער בעבאַ, זענען געלעגן אויף איר קאָפּ. אירע שוואַרצע, ייִדישע אויגן, האָבן אָן אויפֿהער אַרומגעזוכט עפעס אַזוינס וואָס טויג צום עסן אָדער צום אָנטאָן אין דעם שווערן מאָסקווער ווינטער. די קאַרטלעך אויף רויע פראָדוקטן, ווי בוראַקעס, קאַרטאָפֿל, מייערן, קרויט, און אַז"וו, וואָס כ'האָב באַקומען אויף מײַן שריַיַבערישן צוגאַב-פאַיאָק, האָב איך אָפגעגעבן אַננאַ בענציאָנאָוונאַ, און אַ צײַט בין איך דערפֿאַר געווען אַ מיטעסער פֿון אירע מיטאָגן. פֿון דעם, וואָס זי האָט מיר דערציילט, האָב איך זיך דערוווּסט, אַז איר מאַן איז אין די דריַיַסיקער יאָרן געוואָרן פֿאַרשיקט אין די וויַיַטע, קאַלטע געגנטן און ביז איצט איז ער נישט צוריקגעקומען. ער האָט אויך קיין בריוו נישט געשריבן און אין שטוב האָט מען אפילו נישט געוווּסט זיַיַן גענויען אַדרעס. כ'האָב נישט געקענט דערגיין ביַיַ איר פֿאַר וואָס מ'האָט איר מאַן אַרעסטירט און פֿאַרשיקט – צוליב פּאָליטישע אָדער קרימינעלע חטאים. ווײַזט אויס, אז ער איז געווען אַ פּאָליאַק און דערפֿאַר האָט מען דעם זון געגעבן אַ פוילישן נאָמען. סטאַניסלאַוו איז אַלט געווען דריַיַצן יאָר, און איגאָר, בעבאַס זון – ניין. בעבאַס מאַן איז געווען אַ ציגיַיַנער, אַ מוזיקער. ער האָט געאַרבעט אין ציגיַיַנערישן טעאַטער ראָמען. ווען מיר זענען אַרײַן אין דער וווינונג, איז ער געלעגן אין שפיטאָל אין דער לעצטער סטאַדיע פֿון טובערקולאָז. פֿון זינט ער איז קראַנק געוואָרן איז בעבאַ מיט איר ייִנגל געקומען וווינען צו דער מוטער. די צוויי ייִנגלעך, וולאַדיסלאַוו און איגאָר זענען געווען שאַרפֿע קאָנטראַסטן. דער ערשטער איז געווען אַ בלאָנדער בחורל, מיט אַ געטאָקט פנים און געמאָסטענע באַוועגונגען. דערקעגן איגאָר איז זיכער געווען אַ קאָפיע פֿן זײַן טאַטן דעם ציגיַיַנער. [ס'איז נישט געווען קיין טאָג אָן געשרייען און געשלאָגן. געשריגן האָבן די עלטערע, די מאַמע מיט די טעכטער, און געשלאָגן האָבן זיך די צוויי ייִנגלעך. פֿאַר וואָס זיי האָבן זיך כסדר געשלאָגן, איז מיר שווער צו געדענקען. די באָבע אַננאַ האָט געוואָלט שלום מאַכן צווישן זיי, אָבער איגאָר האָט געהאַלטן אַז זי איז נישט אָבּייקטיוו. דעמאָלט האָט ער אָפּגעלאָזט דעם פֿעטער זיינעם, וולאַדיסלאַוון, און געוואָרפֿן זיך אויף דער באָבען מיט זידלעריַיַען, ביז ער האָט איר גערופֿן "שזידאָוואַ". וולאַדיסלאַוו האָט אים אָפּגעענטפֿערט מיט "גריאַזני ציגאַן" – שמוציקער ציגיַיַנער – נאָך דעם האָבן גענומען פֿליען די בענקלעך און אַנדערע חפצים, און אַננאַ בענציאָנאָוונאַ האָט אָנגעהויבן וויינען מיט איר תחינהדיק ייִדיש קול, אָבער, פֿאַרשטייט זיך, אויף רוסיש.] ווען בעבאַ איז געקומען פֿון דער אַרבעט און מ'האָט געדאַרפֿט גיין צום טיש, האָט איגאָר בשום אופן נישט געוואָלט וואַשן די הענט. די מאַמע האָט אים גענומען שלעפן צום וואַסערקראַן. ער האָט בכלל נישט געוואָלט וואַשן זיך. ער האָט מורא געהאַט פֿון וואַסער, ווי אַ קאַץ. בעבאַ האָט מיר דערציילט, אַז איגאָרס ווידערווילן צום וואַשן זיך ציט זיך פֿון זינט ער איז געבוירן געוואָרן. "ער האָט דאָס בירושה פֿון זײַן טאַטן" - פֿלעגט זי צוגעבן מיט אַ שמייכל. נאך שטילע עטלעכע שעה האָט זיך אָנגעהויבן אַ מהומה ווען איגאָר האָט געדאַרפֿט מאַכן די לעקציעס. דער קאָפּ איז אים נישט געווען דערביַיַ. צום שווערסטן איז געווען מיט חשבון. ביַיַ דעם קעגנשטאַנד האָט בעבאַ פֿאַרלוירן דאָס געדולד און גענומען שריַיַען. זי איז דווקא געווען בטבע אַ שטילע. עטלעכע שעה האָט געדויערט איר געראַנגל מיטן זון. שפעטער האָב איך געהערט ווי אַננאַ בענציאָנאָוונאַ מאַכט די פֿינף געלעגערס. בעת די געשרייען און געשלעגן איז די טיר צו אונדזער צימער געווען פֿאַרמאַכט און כ'האָב אַפֿילו נישט געפּרוּווט זיך אַרײַנמישן. געשריבן און געאַרבעט האָב איך אין דער פֿרי, ווען די קינדער זענען שוין געווען אין שול. אָדער בײַ נאַכט, ווען די משפחה איז שוין געווען אין די בעטן. אָבער טייל מאָל זענען אויך די אָווענטן געווען טומלדיקע. דאָס איז געשען ווען בעבאַ האָט פֿאַרבעטן צו זיך אירע פֿריַיַנד "אויף אַ גלעזל". עס רעדט זיך אַזוי. מ'האָט גאַנץ פֿיַיַן פֿאַרביסן מיט סאַלע און מיטן וויניגרעט, וואָס אַננאַ בענציונאָוונאַ האָט צוגעגרייט. דערנאָך האָבן שיכורלעכע שטימען געזונגען רוסישע לידער ביז שפעט אין דער נאַכט. און אַפֿילו ווען די הוליאַנקע האָט זיך איַיַנגעשטילט און מע איז דאָרט געגאַנגען שלאָפֿן, האָב איך אין מײַן צימער לאַנג געדרייט אויפֿן געלעגער. דורך דער פֿאַרמאַכטער טיר זענען דערגאַנגען צו מיר די געשושקעטע קריגעריַיַען צווישן בעבאַ און איינעם פֿון די געסט, וואָס פֿלעגט געוויינטלעך בליַיַבן אויף נאַכטלעגער.
דעם 5 טן נאָוועמבער קעגן איבער אונדזערער פֿענצטער זענען אויסגעוואַקסן צוויי קרעפֿטיקע טאָפאָליעס. זיי געהערן צום אַנדערן הויף, און אין דער צײַט ווען זיי זענען באַבלעטערט, שאַפֿן זיי אַ געדיכטע מחיצה צווישן די היַיַזער, אַז מע דאַרף שוין נישט פֿאַרשטילן די פענצטער נישט פֿאַר די זון און נישט פֿאַר פֿרעמדע אויגן. אַזוי שנעל ווי זיי באַקומען די בלעטער אין פֿרילינג, אַזוי שנעל פֿאַרלירן זיי די בלעטער אין האַרבסט. די צוויַיַגן בליַיַבן הענגען ווי נאַקעטע ריטער און אין די קורצע ווינטער-טעג שמיַיַסן זיי מיט ווינט און רעגן. די טאָפּאָליעס זענען מיר נאָכגעגאַנגען פֿון פּוילן און פֿון רוסלאַנד. כ'האָב זיך באַגעגנט מיט זיי אויך אין פֿראַנקרייך. קעגן איבער אונדזערע פֿענצטער זענען זיי די איינציקע, וואָס טוען זיך אויס אין האַרבסט און באַקליידן זיך אויף ס'ניַיַ אין פֿרילינג. ווען זיי זענען באַבלעטערט, פֿאַרשטעלן זיי צו פֿיל דאָס ליכט אין די פֿענצטער פֿונעם שכנותדיקן הויז. די דאָרטיקע באַלעבאַטים דינגען ייעדע עטלעכע יאָר אַ מענטש, וואָס האַקט אָפּ די קעפּ פֿון די טאָפאָליעס, און זיי בליַיַבן שטיין ווי די קאַליקעס. דאָס ווערט געטאָן אין האַרבסט, אין דער צײַט פֿונעם בלעטערפֿאַל. דער ווינטער בײַ אונדז דויערט נישט לאַנג, און אין אַפּריל זעען מיר שוין, ווי פֿון די געקעפּטע טאָפאָליעס האָבן אַרויסגעשאַפֿן נייע לאַנגע צוויַיַגן, באַדעקטע מיט די באַקאַנטע גרינע, גרויסע בלעטער. יעדעס מאָל קוקן מיר אויף דעם, ווי אויף אַ וווּנדער. זיי גיבן זיך נישט אונטער, די טאָפאָליעס. הײַיאָר האָבן זיי זיך אַליין איבעגעשטיגן: מ'האָט זיי אָפּגעשניטן די קעפּ, ווי אַלע מאָל, אין האַרבסט, אין מיטן זייער בלעטערפֿאַל, אָבער באַלד דערנאָך, סך-הכל מיט אַ וואָך- צוויי שפעטער, האָבן ווי פֿון די קאַרקן זייערע גענומען אַרויסשפּשראָצן נייע בלעטער. און איצט זעען מיר, ווי פֿון די אונטערשטע צוויַיַגן פֿאַלן די בלעטער און פֿון די אייבערשטע שפראָצן אַרויס נייע. זיי וועלקן און בליען גליַיַכציַיַטיק. הדסה זאָגט, אַז אויך מענטשן זענען פֿאַראַן אַזעלכע. זי זאָגט אויך, אַז איך וואָלט שוין געקענט אַרויסגעבן אַן אַנטאָלאָגיע מיט די לידער וועגן די צוויי טאָפאָליעס, אָבער אין די לידער שריַיַב איך נישט וועגן דעם, ווי מ'האַקט זיי אָפּ די קעפּ און ווי זיי שטייען אויף תחית המתים. אַזעלכע זאַכן האָב איך געשריבן גענוג וועגן מענטשן. כ'האָב ליב צו זען ווי די גערטנערס פֿלעגן היילן ביימער און בלומען, ווי זיי טרינקען אָן די דורשטיקע געוויקסן. כ'קען אָבער נישט פֿאַרטראַכטן, אַז מע האַקט אויס און מע וואַרפֿט אום ביימער. מיַיַן שכן, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן גאָרטן אויפֿן הויף, קלערט מיר אויף אַז דאָס איז נייטיק פֿאַרן ווויל פֿונעם גאַנצן גאָרטן. אויב מע וועט אומגעשטערט לאָזן וואַקסן די קוסטעס און ביימער, וועלן זיי פֿאַרשטעלן די זון, דאָס ליכט, און דאָס וועט שעדיקן דאָס גראָז און די בלומען. פֿון צײַט צו צײַט זע איך טעלעוויזיע פֿילמען, וואָס ווערן אויף אַ קונציקן אופֿן געמאַכט אין די דשזונגלס און אין די ים-טיפֿענישן. אַלץ איז שיין, ממש פֿאַרכאַפנדיק. אָבער די וויכטיקסטע פֿונקציע פֿון כמעט אַלע לעבעדיקע באַשעפֿענישן, סײַ אין וואַסער, סײַ אויף דער יבשה, איז – שלינגען איינער דעם אַנדערן. די ברואים הערן נישט אויף צו פֿרעסן איינער דעם צווייטן. זיי אָטעמען און פֿרעסן. דאָס טוען אויך די מענטשן. זיי גייען אַוועק אין די וועלדער און פֿעלדער מיט זייערע ביקסן און הינט און הרגענען אַוועק וווּנדערלעכע חיות, שיסן אַראָפּ פֿריַיַע פֿייגל. דערפֿאַר אויך האַקט מען אָפּ די קעפּ בײַ די טאָפאָליעס: זיי פֿאַרשטעלן פֿאַר די מענטשן דאָס ליכט, זיי פֿאַרנעמען צו פֿיל אָרט. היַיַנט איז אין שריַיַבערקלוב פֿאָרגעקומען אַן אָוונט צום אַרויסגיין פֿון "דאָס שוואַרצער בוך" - אַ ווערק וואָס איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן דורך איליאַ ערנבורג און וואַסילי גראָסמאַן אין מאָסקווע. דער ציל פון דעם בוך איז געווען צו באַווײַזן פֿאַר די וועלט די רציחות פֿון די דיַיַטשן איבער דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין ראַטן-פֿאַרבאַנד און אויך דעם ווידערשטאַנד און די העלדישקיַיַטן פֿון די ייִדן. אויך איך, ווי דער הויפֿט-איבערזעצער פֿונעם רוסישן אָריגינאַל פֿאַר דער ייִדישער אויסגאַבע, בין געוון צווישן די רעדנערס אויפן אָוונט. צווישן אַנדערן האָב איך דערציילט אַז אין מאַרץ 1943 האָב איך זיך באַטייליקט אינעם פלענום פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט אין מאָסקווע, און דאָרט איז איליאַ ערנבורג צום ערשן מאָל אַרויסגעטראָטן מיט זײַן פראָיעקט וועגן אַרויסגעבן אַן אויסשעפּנדיק בוך וועגן דער היטלעריסטישער אויסראָטונג פֿון די ייִדן אין ראַטן-פֿאַרבאַנד און אויך וועגן זייער ווידערשטאַנד. ווען מיר האָבן אָפגעהאַלטן אונדזערע באַראַטונגען אין אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט זענען די דיַיַטשן נאָך געשטאַנען דריַיַסיק קילאָמעטער פֿאַר מאָסקווע. אין די אָוונטן איז די הויפֿטשטאָט נאָך געווען געהילט אין דער פֿאַרמאַסקירנדיקער פֿינצטערניש און פֿון צײַט צו צײַט האָט זיך דערהערט די קנאַלעריַיַ פֿון סאָוויעטישן אַנטי-אַוויאָן-געווער. אויף די זיצונגען פֿונעם אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט האָב איך בפירוש געפֿילט דעם אַנטאַגאָניזם צווישן די ייִדישע שריַיַבערס און קולטור-טוערס און די רוסישע – פֿונעם ייִדישן אָפּשטאַם. די לעצטע, וואָס האָבן ביז דער מלחמה נישט אַרויסגעוויזן קיין גרויסן אינטערעס צו ייִדישע ענינים, האָבן זיך ווי אויפֿגעוועקט אונטערן רושם פֿון די נאַצישע שחיטות קעגן די ייִדן. זיי האָבן דערפֿילט די בלוט-אָנגעהעריקייט צום ייִדישן פֿאָלק, זיי זענען אָבער וויַיַטער געבליבן פֿרעמד צו ייִדישקיַיַט און ייִדישער קולטור. איליאַ ערנבורג און וואַסילי גראָסמאַן האָבן זיך נישט געפֿילט אין גאַנצן היימיש אויף די פֿאַרזאַמלונג פֿון די ייִדיש-רעדנדיקע און יִידיש-שרײַבנדיקע. איציק פֿעפֿער האָט מיר געפרוּווט אויפֿקלערן דעם מהות פֿון די רוסיש-שרײַבנדיקע ווי אַן אַסימילירנדיקער פֿאַקטאָר. פֿאַר די ייִדישע שרײַבערס אין ראַטן פֿאַרבאַנד איז ייִדיש לשון געווען דער עיקר העיקרים, די לעצטע פֿעסטונג פֿון ייִדישקיַיַט, דער איינציקער בולטער סימן פֿון ייִדישער נאַציאָנאַליטעט. אַ חודש נאָך דעם פלענום פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט איז אויפֿגעהויבן געוואָרן די פֿאָן פֿון אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ. נישט געקוקט אויף די ווידעראַנאַנדן און אַמפּערנישן צווישן די גרופּעס אויפֿן פלענום, האָט אויף די זיצונגען זיך געפֿילט די גורלדיקע אַחריות פֿאַר דער שעה. מ'האָט נאָך נישט אַלץ געוווּסט. אַ סך פֿון די גרוילן זענען נאָך געווען הינטער די פֿראָנטליניעס, אָבער פֿון די שוין באַפֿריַיַטע געביטן האָט מען זיך געקענט אָנהייבן שאַפֿן אַ בילד וועגן דעם כאַראַקטער פֿונעם ייִדישן חורבן, הגם נאָך נישט וועגן זיַיַן פֿאַרנעם. דאָ וויל איך נאָך אַ מאָל אונטערשטריַיַכן, אַז די אויפֿטרייסלונג און דאָס באַגריַיַפֿן פֿון דעם געשעענעם איז צום שטאַרקסטן אריַיַנגעדרונגען אין געפֿיל און באַוווּסטזיַיַן פֿון די ייִדישע פּאָעטן פֿון פּוילן. נאָך איידער דערגאַנגען צו פובליציסטישע און פּאָליטישע פֿאָרמולירונגען, האָט ער, דער ייִדישער פּאָעט פֿון פּוילן, דערזען און געוויזן די בילדער, וואָס האָבן שפּעטער זיך אַרויסגעוויזן ווי אַדעקוואַט צו דעם, וואָס ס'איז באמת געשען. ווען מיר לייענען איצט די לידער, וואָס זענען אָנגעשריבן געוואָרן נאָך איידער עס זענען אָנגעקומען די ידיעות וועגן דעם געשעענעם אין די לאַגערס און אי די געטאָס, טראַכטן מיר אַז דער רוח הנבואה האָט דעמאָלט גערוט אויף די פּאָעטן. ווי איינער פֿון זיי, נעם איך אויף זיך די דרייסטקיַיַט צו זאָגן, אַז אויך איך האָב געפֿילט אויף זיך דעם גיַיַסט – זיַיַן גרויסקיַיַט און זיַיַן שליחות. דאָס איז נישט געווען קיין מענטשלעכע קראַפֿט. איך באַדויער, וואָס נישט דאָס האָב איך געקענט זאָגן אין מיַיַן וואָרט אויפֿן אָוונט אין שריַיַבער-פֿאַראיַיַן. דאָרט האָב איך געדאַרפֿט רעדן "צו דער זאַך". אָבער אַ סך פֿון דעם ווייטיק איז געבליבן אין מיַיַנע רייד, און איך האָב באַמערקט, אַז עס האָט אַ טרייסל געטאָן די מענטשן אויפֿן זאַל. כ'האָב אָנגעהויבן דעם טאָג מיט די טאָפאָליעס, וואָס מ'האָט אָפגעהאַקט די קעפּ און אין האַרבסט האָבן ווידער אַרויסגעשפראָצט פֿון זיי לעבעדיקע, גרינע בלעטער. און איצט פֿיל איך אַ באַדאַרפֿעניש צו שריַיַבן, אַז יעדער מענטש לעבט לענגער, ווי ער מיינט אַליין. [און אַ פֿאָלק אַוודאי און אַוודאי] מיר, די פּאָעטן, זענען פּריווילעגירט, מיר ווייסן דאָס אַ ביסל מער און זיכערער. דאָס וואָרט איז אַ מכשיר, וואָס שפיזט זיך אַריַיַן אין דער צוקונפֿט. איַיַ, די בלאָנדזשענישן און פֿאַרבלענדענישן ? אַ סך זענען זיי געווען, אָבער נישט ווייניק איז געפֿונען געוואָרן – אפילו פֿון די בלאָנדזשענדיקע. אויך דער דיכטער איז ענלעך צום טאָפּאָל מיטן אָפּגעהאַקטן קאָפּ און מיט פֿרישע, גרינע בלעטער. און נאָך עפּעס: זיי זענען אַ ביסל רויטלעך, די אומגעריכטע, ניסימדיקע בלעטער, ווי זיי וואָלטן אַרויסגעשפראָצט פֿון בלוט בדמייך חיי!
דעם 7טן נאָוועמבער. ווען כ'בין אויפֿגעשטאַנען, האָט אָנגעהויבן גיסן אַ רעגן. אַ גראָבער געדיכטער רעגן. ער האָט אָבער לאַנג נישט געדויערט. דאָס איז נאָך אַלץ דער יורה – ווי מע רופֿט דאָס, דעם ערשטן רעגן. ער טוט אַ סך גוטע זאַכן: ער גיסט אָן די פּאָמעראַנצן מיט זאַפֿט און מאַכט זיי ראוי צום עסן. ער טרינקט אָן די פֿאַרחלשטע קוסטעס, ער שווענקט אויך אַראָפּ דעם שטאָטישן ברוק פֿון די אַלע קלעפּיקיַיַטן, וואָס דער הייסער זומער האָט אויף זיי אָנגעלייגט. אין מיטן רעגן בין איך געווויער געוואָרן אין ראַדיאָ, אַז ראָנאַלד רעיגען איז אויסגעוויילט געוואָרן אויף אַ צווייטער קאַדענץ פֿאַרן פרעזידענט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ער האָט געזיגט מיט אַ גרויסער מערהיַיַט. ווי דאָס פֿירט זיך אין דעם לאַנד פֿון דער "גרעסטער דעמאָקראַטיע", האָט מאַנדייל, דער דורכגעפֿאַלענער קאַנדידאַט, ברייטהאַרציק – און אפשר אויך אויפֿריכטיק – באַגריסט זיַיַן קעגענער, דעם זיגער. צו וואָס שריַיַב איך דאָ וועגן דעם? דאָס וועט דאָך זיַיַן אין אַלע ציַיַטונגען. מעגלעך, אַז כ'טו עס דערפֿאַר, וויַיַל כ'האָב אַ פֿאָרגעפֿיל, אַז רעיגענס ניַיַע פּרעזידענטשאַפֿט וועט שפילן אַ ראָלע ביַיַם ענדיקן דעם 20 סטן יאָרהונדערט, כאָטש עס זענען נאָך געבליבן פֿיר קאַדענצן ביז צו זיַיַן סוף – 16 יאָר. ראָנאַלד רעיגען איז אויסגעוויילט געוואָרן מיט אַ פֿאַרנעם. דאָס אַמעריקאַנישע פֿאָלק האָט ליב פֿעסטע און זיכערע אין זיך מענטשן. ער איז אַ מענטש פֿון מיַיַן דור און פֿון מיַיַן עלטער, אָבער ווי יעדער אַמעריקאַנער, טריַיַבט ער איבער מיט זיַיַן כוח, געזונט און אויסדויער. ער פֿאַרגעסט, אַז די קוילן פֿון משוגעים און פֿאַנאַטיקערס זוכן אַזעלכע ווי ער, און אַוודאי מאַכט ער זיך נישט וויסן, אַז די ציַיַט טשאַטעוועט אין אַ ווינקל. ער קען אַ מאָל אָפֿטאָן אַן איַיַליקע זאַך, און באַצאָלן דערפֿאַר וועלן דאַרפֿן, נישט בלויז די אַמעריקאַנער. דוכט זיך, אַז ס'וועלן זיַיַן סאָוויעטישע פּאָליטיקערס, וואָס וועלן שטילערהייט זיַיַן צופֿרידן פֿון די וואַל-רעזולטאַטן. זאָל שוין זיַיַן גענוג מיט דעם, זאָלן אַנדערע זיך פֿאַרנעמען מיטן היַיַנטיקן טאָג. זאָלן ספּעציאַליסטן אָפשאַצן און פֿאַרויסזאָגן. איך וויל זיַיַן צווישן יענע, וואס בלאָנדזשען מיט זייערע בלינדע אינסטינקטן, און לויט זיי אָרדענען זיי איַיַן זייער לעבן. ווער ס'איז ריַיַך, שאַפֿט זיך איַיַן די גרעסטע צאָל הנאות וואָס מע קען אַריַיַנפּאַקן אין די עטלעכע צענדליקער יאָרן. ווער ס'האָט צו ווייניק געלט דערויף, זוכט אַלע מעגלעכקיַיַטן אויסצוציען זיי, כדי לענגער צו קענען באַטראַכטן דאָס געשעענע, דער עיקר – דאָס שיינע און זעלטענע אין זיי. יעדער, וואָס טויג זיך צו דעם, געפֿינט זיַיַן פאָרטל. איך האָב מיַיַן איַיַנפֿאַל : איך מאַך זיך אַ ציַיַט-קאָקטייל, וואָס האָט אַלע טעמים מיט אַ מאָל. כ'וויל איצט ווידער צוריקגיין אויף הינטערוויַיַלעכטס און דערשפירן דעם ריח פֿון דער יוגנט. דעמאָלט, מיט פֿערציק יאָר צוריק, וואָלט איך זיך נישט פֿאָרגעשטעלט, אַז דער ריח קען ווערן אָפגעהיט אין מיַיַן זכרון, ווי דער אַראָמאַט פֿון אַ גוטן , אַלטן וויַיַן. איך קען נישט שילדערן, ווי אַזוי כ'האָב דעם וויַיַן געטרונקען, און וויפֿל מאָל כ'האָב זיך פֿאַרכלינעט. איך געדענק עס גענוי און שאַרף, אָבער דערציילן דאַרף איך נישט. צו וואָס איז עס נייטיק? זאָלן די זאַכן באַהאַלטן ווערן צוזאַמען מיט אַנדערע, וואָס די בושה איז חל אויף זיי. [דער לייענער פֿון די זיַיַטלעך ווייסט סיַיַ ווי, אַז כ'האָב וואָס צו פֿאַרבאָרגן.] איך מאַך דעם גרעסטן אָנשטרענג צו זאָגן וועגן זיך אַלץ, וואָס כ'בין אין שטאַנד, אָבער מיט אַ ביסל רחמנות אויף זיך.... צווישן די, וואָס זענען זיך צונויפֿגעקומען פֿון די וויַיַטע געגנטן קיין מאָסקווע, זענענן אַ סך באַקאַנטע פּנימער, געענדערטע און פֿאַרעלטערטע אין די מלחמה-יאָרן. איינער פֿון זיי איז געווען דער פּאָעט משה בראָדערזאָן. ווען מיר האָבן אים געזען מיט אַ פֿיר יאָר צוריק אין נאָוואָאוּזיענסק, איז ער נאָך געווען פֿול מיט ענרגיע און מיט איַיַנפֿאל. נאָך איידער ער האָט אָנגעהויבן שריַיַבן זיַיַנע מלחמה-לידער, האָט ער שוין געפֿונען אַ טיטל פֿאַרן בוך, וואָס ער וועט אַרויסגעבן: באָמבעקראַך. דערוויַיַל האָט ער געאַרבעט אין דעם ראַיאָנעם, רוסישן בלעטל, היות ווי ער איז געווען אַ געבוירענער און דערצויגענער אין רוסלאַלנד און ער האָט גוט געקענט די רוסישע שפראַך. אַחוץ די נאָטיצן וועגן די געזעטענישן אין די אַרומיקע קאָלכאָזן, האָט ער אויך געשריבן רוסישע, אַקטועלע פֿערזן וועגן די פֿאַשיסטישע אויסוווּרפֿן, וואָס זענען באַפֿאַלן דאָס סאָוויעטישע היימלאַנד. ער האָט באַקומען אַ רעגולערן געהאַלט און איז געווען צופֿרידן. זיַיַן אויסגעצייכנטער הומאָר האָט גוט געאַרבעט, און צווישן די פליטים פֿון ביאַליסטאָק זענען אַרומגעגאַנגען זיַיַנע קאַלאַמבורן, נישט תמיד זענען זיי געווען אין הסכם מיט דער אידעאָלאָגיע פֿון זיַיַנע רוסישע נאָטיצן און גראַמען. צום ערשטן מאָל האָב איך אים געזען אין וואַרשע, אין אָנהייב פֿון די דריַיַסיקער יאָרן, דעמאָלט ווען ס'איז געשאַפֿן געוואָרן די "פראָלעטאַרישע שריַיַבער-גרופע" וואָס האָט זיך גרופּירט אַרום דעם ליטעראַרישן זשורנאַל ליטעראַרישע טריבונע, אונטער דער רעדאַקציע פֿון יצחק דויטשער. מיר, די קאָמוניסטיש-געשטימטע שריַיַבערס, מיינסטנס יונגע, האָבן אונטערגעשאַצט די קונסטלערישע דערגרייכונגען פֿון יענע שריַיַבערס, וואָס מיר האָבן געהאַלטן פֿאַר "קליינבירגערלעכע" . דער סעקטאַנטיזם פֿון דער קאָמוניסטישער באַוועגונג אין פּוילן האָט אויך פֿאַרבלענדט און פֿאַרטויבט די ייִדישע רעוואָלוציאָנערע פאָעטן און זיי אומפֿעיִק געמאַכט אויפֿצונעמען די לידער פֿון ישראל שטערן, צי מרים אולינאָווער, אָדער יוסף קערמאַן. אָבער בעת דער באַגעגעניש מיט משה בראָדערזאָן זענען אלע מחיצות זיך פֿונאַנדערגעפֿאַלן, און כאָטש מ'האָט גוט געוווּסט אַז ער איז אַ "קונסט לשם קונסטניק" רחמנא ליצלן, אַז ער פּראַוועט אַ קיבעצאַרניע אין דער לאָדזשער קאַפֿע "אַסטאָריאַ", אַז ער איז אַ פּאָלנער באָהעם – האָט מען אָבער באַלד דערפֿילט אין אים אַן אייגענעם. די גאַנצע אָנגעפראָלענע פֿראַזעאָלאָגיע האָט געפּלאַצט און מיט אַ מאָל האָט מען אין משה בראָדערזאָן דערזען אַזאַ איינעם, וואָס מיט זיַיַן שיינעם קאָפּ אויפֿן לאַנגן האַלדז קוקט ער אַריבער, ערגעץ וויַיַטער. אַפילו זיַיַנע לאַנגע האָר און דאָס קינסטלערשלייפֿל האָבן אויסגעזען צו זיַיַן נישט אַנאַכראָניסטיש. ער האָט זיך געחכמעט, כלאחר-היד אַ פֿרעג געטאָן: "נו, וואָס מאַכט זי עפעס, די פראָלעטאַרישע קולטור"? אָבער דערין איז גאָרנישט געווען פֿון חוזק. פֿאַרקערט, כ'האָב געהאַט דעם איַיַנדרוק, אַז ער פֿילט נחת געמישט מיט אַ ביסעלע קנאה פֿאַר דעם ניַיַעם טאָן וואָס מיר האָבן אַריַיַנגעבראַכט, פֿאַר דעם עקספערימענט, אַזוי צו זאָגן; וויַיַל דאָס ניַיַע און פֿרישע האָט אים גערייצט. דערביַיַ אָבער האָט זיַיַן שמייכל, זיַיַן קלוגער שמייכל אין די דינע ליפן-ווינקלען ווי אונטערגעוווּנקען: "נו, נו, מיר האָבן שוין געזען די כלערליַיַ חידושים. כ'וואָלט איַיַך געקענט עפעס דערציילן וועגן דעם"..... אין יאָר 1939 איז משה בראָדערזאָן געקומען קיין ביאַליסטאָק. ער האָט, ווי אַלע מאָל, אַ סך געשריבן, אָבער זיַיַנע לידער האָבן זיך כמעט נישט געדרוקט. אין דער אַטמאָספֿער, וואס האָט דעמאָלט געהערשט אין דער סאָוויעטישער ליטעראַטור, איז די דערשיַיַנונג משה בראָדערזאָן געווען אַ ביסל יוצא-דופנדיק. אויך דאָרט, ווי אַ מאָל אין פוילן, איז געקומען צום אויסדרוק די נישט- פאַרשטענדעניש פֿאַר דער אויסגעשפראָכן-קינסטלערישער אייגנאַרטיקיַיַט פֿון משה בראָדערזאָן, אָבער עס דערמאָנט זיך נישט, אַז ער זאָל האָבן מתרעם געווען אויף זיַיַן גורל. אין לעצטן מלחמה-יאָר אין מאָסקווע איז ער שוין געווען קראַנק און אויסגעמאַטערט. ער האָט אָן אויפֿהער גערייכערט די רוסישע מאַכאָרקע, געוויקלט אין ציַיַטונג-פאַפיר און געהוסט, אָבער זיַיַן חוש פֿאַר הומאָר און זיַיַן ניַיַגער איז נישט געווען געמינערט. ער האָט געבראַכט מיט זיך די פֿרוכט פֿון זיַיַן אַרבעט אין משך פֿון די מלחמה-יאָרן – אַ סך העפֿטן, באַשריבענע מיט הונדעטער לידער. אין די ווינטער-אָוונטן, אין האָטעל פֿון מאַרינאַ ראָשטשאַ, פֿלעגט ער מיט זיַיַן שטילער און וואַרעמער שטימע לייענען די לידער, און צושריַיַבן נאָך, ניַיַע. די ליַיַכטקיַיַט פֿון זיַיַן שריַיַבן האָט מיך איבערראַשט, אָבער אויך אַ ביסעלע געשראָקן. אין יענער ציַיַט איז נולד גאוואָרן אַ פלאַן, אַז קיין פוילן זאָל קומען אַ דעלעגאַציע פֿון ייִדישע סאָוויעטישע שריַיַבערס. ס'איז נאָך נישט געווען באַוווּסט ווער עס דאַרף פאָרן. אין מיַיַנע שמועסן מיט קוויטקאָ, בערגעלסאָן, און מאַרקיש האָבן זיי אויסגעמיטן אָנצוגעבן פרטים. כ'האָב געהאַט אַן איַיַנדרוק, אַז אַרום דעם פערסאָנעלן באַשטאַנד פֿון דער דעלעגאַציע קומען פֿאָר וויכוחים. אין זיַיַן לעצטן שמועס מיט מיר האָט מאַרקיש זיך אויפֿגערעגט און געטענהט: "כ'וויל נישט קומען צו דער שארית הפליטה, ווי א גאַסטראָליאָר, ווי אַ רעציטאַטאָר, ניין! דאָרט דאַרף מען אונטערשטעלן אַ פלייצע, מ'דאַרף העלפֿן בויען דאָס ייִדישער לעבן"! איך מיין, אַז מאַרקיש איז געווען מסופק, צי אים וועט מען בכלל איַיַנשליסן אין דער דעלעגאַציע. אָבער געזעגענענדיק זיך מיט משה בראָדערזאָנען פֿאַר מיַיַן צוריקפאָרן קיין פוילן איז מיר איַיַנגעפֿאַלן אַ געדאַנק: אפשר איז כדאי זיך צו באַמיִען, שוין פֿון פוילן, אַז אין אַזאַ עווענטועלער שריַיַבער-דעלעגאַציע פֿון ראַטן-פֿאַרבאַנד זאָל איַיַנגעשלאָסן ווערן משה בראָדערזאָן? איך האָב דאָס איבערגעפֿרעגט בראָדערזאָנען און ער האָט זיך זייער דערפֿרייט: "דאָס איז אַ פּלאַן.... אויף אַ שטיקל ציַיַט וואָלט איך אַהין געפֿאָרן". "איז זעען מיר זיך בקרוב אין פוילן , בראָדערזאָן?" "בעזרת השם יתברך! דערוויַיַל לאָזט מיר גריסן אַלע חברים"... אַזאַ דעלעגאַציע פֿון סאָוויעטישע ייִדישע שריַיַבער איז שוין קיין פוילן נישט געפֿאָרן. און משה בראָדערזאָן? ער איז קיין פוילן געקומען מיט זיַיַן פֿרוי די אַקטריסע שיינע-מרים, נאָך זיבן יאָר פֿון פֿאַרשיקונג, פיין און יסורים. זיַיַן צוריקקומען קיין פוילן איז געווען פֿאַר אונדז אַ פֿרייד און אַ סאַטיספֿאַקציע. אמת, ער איז געקומען אַ פֿאַרעלטערטער, אַ געבויגענער, און בלויז מיט אַ טייל פֿון זיַיַנע כתבים, וואָס אים איז געלונגען אָפּצוראַטעווען. דאָס ערשטע מאָל נאָך זיַיַן צוריקקומען האָב איך אים געטראָפֿן אין גאַס. ער האָט מיך נישט דערזען. ער איז מיך פֿאַרביַיַגעגאַנגען אַ פֿאַרטראַכטער, אַ געהויקערטער, מיט זיַיַן לאַנגע כאַראַקטעריסטישע, בראָדערזאָנישע שפריַיַזן. כ'האָב זיך אויסגעדרייט, גענומען רופֿן, שריַיַען: "בראָדערזאָן!" מיר האָבן זיך אַרומגענומען. קיינער פֿון אונדז האָט קיין וואָרט נישט געקענט אַרויסברענגען. און דערנאָך, ווי געוויינטלעך – פֿראַגעס, בלויז פֿראַגעס. און באמת: פֿון וועלכן עק אָנהייבן? וועגן וואָס פֿריִער? אָבער אין די אָוונטן, אין זיַיַן האָטעל-צימער, האָב איך שעהען לאַנג געהערט זיַיַן שטילע אומעטיקע שטימע אין אַ שוידערלעכער דערציילונג פֿון אונדזער דור. ציַיַטנוויַיַז האָט ער אַריַיַנגעוואָרפֿן אַ קאַלאַמבור, אַן אַנעקדאָט, און באַמיט זיך צו שילדערן אויך די מאַקאַברישע איבערלעבונגען פֿון אַ הומאָריסטישער זיַיַט. דער זייגער איז געוואָרן 11 און 12 ביַיַ נאַכט. די גאַסטרפֿריַיַנדלעכע שיינע מרים האָט דערלאַנגט פוילישן כיבוד: וואַרשאַווער "צראַסטעס", ברוינעם, געזאָטענעם, פוילישן באָב. פֿון דעם לעצטן דעליקאַטעס האָט בראָדערזאָן ספעציעל אַָנגעקוואָלן און כסדר רעקאָמענדירט: ,עסט, העלער.אַזאַ באָב איז אין ערגעץ נישטאָ, איך זאָג איַיַך! ער איז געזעסן אויף זיַיַן בעט און ממשיך געווען דאָס דערציילן. און עס פֿלעגט טרעפֿן, אַז אין מיטן רעדן, האָט ער ראַפֿדעם זיך אויסגעשטעלט, אויפֿגעמאַכט די טיר און געגעבן אַ קוק אין דרויסן – צי קיינער שטייט נישט דאָרט, צי קיינער הערט נישט אונטער. כ'האָב אים געוואָלט באַרויִקן, אַז קיינער וועט זיך נישט אַוועקשטעלן דאָ אונטערהערן. כ'האָב פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז אַ רעפֿלעקס, וואָס ער האָט מיטגעבראַכט פֿון זיַיַנע לעצטע יאָרן. דינסטיק אין אָוונט, דריַיַ טעג פֿאַר זיַיַן טויט, איז ער געווען אונדזער גאַסט אויף אַ מסיבה פֿון ייִדישע און פוילישע שריַיַבערס. מענטשן האָבן צווישן זיך געשמועסט, און ער איז ווי צוגענאָגלט געוואָרן צו די ביכער אויף די שאַפֿעס. ער האָט אַרויסגעצויגן איין בוך נאָכן צווייטן, געכאַפט אַ בליק דאָ, אַ שמעק דאָרט, און כסדר זיך געווענדט צו מיר: "אָט דאָס בוך וואָלט איך געוואָלט לייענען". ער נעמט אין האַנט דעם דיקן באַנד "קידוש השם", וואָס ש. ניגער האט אַרויסגעגעבן, און באַלד דערזעט ער די בינדער פֿון ה. לייוויקס געזאַמלטע ווערק. "לייוויקן האָב איך שוין אַזוי לאַנג נישט געלייענט" – זאָגט ער. "בראָדערזאָן, נעמט, נעמט, וואָס איר ווילט, נעמט און לייענט" – ענטפֿער איך אים. פֿריַיַטיק מיטאָגציַיַט האָט די אַקטריסע רוטע קאָוואַלסקאַ מיר אָנגעקלונגען אַז משה בראָדערזאָן איז טויט. כ'בין אַוועק אין זיַיַן האָטעל צימער. ער איז געלעגן אויפֿן בעט אין זיַיַן אייביקן שלאָף. ער איז געווען אָנגעטאָן אין די זעלבע מלבושים, אין די זעלבע שיך, וואָס די חברים פֿון פוילן האָבן אים געשיקט קיין מאָסקווע נאָך זיַיַן באַפֿריַיַט ווערן פֿון לאַגער. זונטיק האָבן מיר אים באַגלייט צו זיַיַן רו אויפֿן וואַרשעווער ייִדישן בית עולם. פֿון אַלע עקן פוילן זענען געקומען ייִדן כדי אים אָפּצוגעבן דעם לעצטן כבוד, און דערביַיַ האָבן זיי מיט ווייטיק דערזען אַז די פלאַקאַטן- נעקראָלאָגן מיט די ייִדישע אותיות משה בראָדערזאָן זענען צעפֿליקט געווען פֿון כוליגאַנישע הענט. דעם אָרון פֿון משה בראָדערזאָן האָבן מיר אויף די אַקסלען אַוועקגעטראָגן צום פֿריש-אויסעגראָבענעם קבר קעגן איבער דעם אוהל-פרץ. אין יענע רגעס האָט זיך מיר דערמאָנט זיַיַנער אַ זאָג אין איינעם פֿון די לאַנגע שמועסן אין זיַיַן האָטעל: "נו, העלער, אויב מ'וועט אַצינד דאַרפֿן נעמען דאָס פעקל אויף די פלייצעס, וועלן מיר דאָס טאָן צוזאַמען..." דאָס איז אים נישט מקויים געוואָרן. זיַיַנע ביינער האָט מען געבראַכט קיין ישראל. [אים האָט מען געבראַכט פֿון פולן ווי יוספן פֿון מצרים:] צו וויַיַט בין איך אַוועק אין מיַיַן באַגלייט נאָך משה בראָדערזאָן. מיט 9 יאָר פֿריִער איז ער געהאַט אָנגעקומען קיין מאָסקווע. ער איז געווען אויסגעדאַרט, מיט רויטלעכע אויגן און אַרומגעוויקלט מיט אַ ריזיקן און דיקן וואָלענעם שאַל. ער איז געקומען מיט אַ הוסט, וואָס האָט געריסן די ווענט. ער האָט זיך געחכמהט אַז דאָס איז ביַיַ אים אַן אַלטער קאָקלוש. משה בראָדערזאָן דער "מאָסקוויטש" האָט זיך דערפֿילט אין מאָסקווע ווי אַן אייגענער און ער איז באַלד אַריַיַן אין דער שריַיַבערישער און אַקטיאָרישער משפחה. אַ סך פֿון זיי האָט ער געקענט פֿון די אַמאָליקע יאָרן. ער האָט באַקומען אַרבעט אין מיכאָעלס טעאַטער- סטודיע און ער האָט זיך געפֿילט אויסגעצייכנט צווישן די שילערס און שילערינס. איין מאָל איז ער געקומען צו מיר אין שטוב. ער האָט מיר דערציילט, אַז אונטן , ביַיַם טויער, וואַרט אויף אים אַ מיידל פֿון דער סטודיע. ווי אַ רויטע, פֿלאַמפֿיַיַער! – האָט ער זי גערימט – זי האָט זיך געשעמט אַרויפֿצוגיין צו איַיַך, אָבער זי וויל זיך באַקענען מיט איַיַך, קומט אַראָפ... אוי, ווען איך וואָלט געווען אין איַיַערע יאָרן!" כ'בין אַראָפגעגאַנגען מיט אים. ער האָט מיך באַקענט מיט דער יונגער רויטהאָריקער. זי איז געווען אַ שלאַנקע, מיט הויכע פֿיס. מיר זענען אַוועק אַלע דריַיַ שפאַצירן איבער עפעס אַ פוסטער געגנט. משה בראָדערזאָן האָט כסדר גערעדט מיט דער סטודיאַנטקע וועגן היימישע ענינים. מיט אַ מאָל האָט ער זיך אַנטשולדיקט: ער האָט אַ וויכטיקן ענין צו דערליידיקן – און ער איז אַוועק. מיר האָבן ממשיך געווען דעם שפאַציר אין צווייען. – – כ'בין צוריקגעקומען פֿון גאַס אַן אויסגעפֿרוירענער און געטראָפֿן אַ בריוו פֿון גאָלדען: די קוראַציע אירע איז דערוויַיַל געענדיקט, כאָטש אָן גרויסע רעזולטאַטן. אין אַ וואָך אַרום קומט זי אַהיים, אַ קראַנקן-שוועסטער וועט זי באַגלייטן. פֿון דעם בריוו האָב איך פֿאַרשטאַנען , אַז איר מצב האָט דאָרט אין דער סאַנאַטאָריע פֿון אַלובקאַ אין קרים, לחלוטין זיך נישט פֿאַרבעסערט. דאָס בליַיַבן דאָרט איז איבעריק. אין אָוונט איז שוין אָנגעקומען אַ טעלעגראַמע מיט דער דאַטע און שעה ווען דער צוג פֿון קרים קומט אָן. כ'בין געגאַנגען זי אָפוואַרטן. אויפֿן פּעראָן האָב איך זי דערזען, אַ געאָרעמטע מיט אַ יונגער רוסישער פֿרוי – מסתמא די קראַנקן-שוועסטער. אין דריַיַען זענען מיר אַרויף אין שטוב. גאָלדען איז שווער געווען צו שטעלן אַ טראָט, און מיר ביידע, איך און די קראַנקן-שוועסטער האָבן זי אַרויפֿגעפֿירט כמעט אַרויפֿגעטראָגן אויף די טרעפּ. די קראַנקן-שוועסטער האָט געעפֿנט איר וואַליזקעלע און אַרויסגענומען די מכשירים. זי האָט גאָלדען געמאַכט אַן איַיַנשפריצונג און זיך געזעגנט. עס האָט זיך אָנגעהויבן די לעצטע פֿאַזע פֿון גאָלדעס קראַנקיַיַט – מער איז זי שוין פֿון מאָסקווע נישט אַרויסגעפֿאָרן. פֿון זינט גאָלדע איז אַהיימגעקומען, איז זי כסדר געלעגן אין הויכער היץ. דער דאָקטער פֿון "ליטפֿאַָנד" איז געקומען און געגעבן איר אַ מעדיקאַמענט קעגן מאַלאַריע... סוף כל סוף האָט מען זי אָפגעפֿירט אין אַ שפיטאָל. כ'בין ווידער געבליבן אַליין. אַחוץ די צוויי קוזינעס, פ. און ז. האָט אויך אָנגעהויבן אַריַיַנקומען די רויטהאָריקע, מיט וועמען בראָדערזאָן האָט מיך באַקענט, אָבער קיין איינע פֿון זיי האָט נישט אַראָפגענומען די שווערקיַיַט פֿון מיַיַן געמיט. ווען גאָלדע איז געווען אין שטוב, אפילו ווען זי האָט זיך שלעכט געפֿילט, האָב איך גיכער געקענט זיך באַפֿריַיַען פֿון די געדריקטקיַיַט. אין איר ביַיַזיַיַן האָט זיך מיר גוט געשריבן. זי האָט מיר קיין מאָל נישט געשטערט. מיר האָבן אַלע מאָל געוווינט אין איין צימער און כ'האָב תמיד געפֿילט איר אָטעם ווען כ'בין געזעסן איבער מיַיַנע לידער. נאָכן אָנשריַיַבן אַ ליד האָב איך עס פֿאַר איר איבעגעלייענט, און ביַיַ אונדז איז געווען אַ געפֿיל, ווי זי וואָלט געווען מיטבאַטייליקט אינעם שריַיַבן דאָס ליד. די שורות האָבן אונדז ביידע פֿאַרוווּנדערט אין זעלבן אויגנבליק און מיר האָבן פֿאַרשטאַנען די ווערטער אינעם זעלבן טאָן.
דעם 11טן נאָוועמבער. איך האָב געלייענט אַ קאָרעספאָנדענץ פֿון דיַיַטשלאַנד, געשריבן פֿון אַ העברעישן דיכטער, וואָס וווינט דאָרט. ער גיט דאָרט איבר אַ דיסקוסיע אין דער מערב-דיַיַטשישער טעלעוויזיע צווישן צוויי ליטעראַטור –קריטיקערס וועגן דעם שריַיַבער ליאָן פֿויכטוואַנגער אין שייכות מיט זיַיַן 100-יאָריקן געבוירן-טאָג. ביידע לויבן זיי אים פֿאַר זיַיַן מוטיקן קאַמף קעגן היטלעריזם, אָבער איינער פֿון זיי וווּנדערט זיך, פֿאַר וואָס אַזאַ מענטש, מיט אַזעלכע פֿעיִקיַיַטן תיכף צו דערזען די ערשטע סימפטאָמען פֿונעם פֿאַשיזם אין דיַיַטשלאַנד, מיט אַזאַ דרייסטקיַיַט צו דעמאַסקירן די באַהאַלטנסטע כאַראַקטער-שטריכן פֿונעם היטלעריזם, איז געווען בלינד ווען ער האָט זיך אָנגעטראָפֿן מיטן סטאַליניזם. פֿאַר וואָס האָט ער געלויבט סטאַלינען אין דער ציַיַט פֿון פֿאַרפֿאַָלגונגען און משפטים פֿון די טראָצקיסטן און אַנדערע אָפּאָזיציאָנערן? פֿאַר וואָס איז ער אָנגעפֿאַלן אויף סטאַלינס קעגנערס? ער פרוּווט אים פאַרענטפֿערן מיט דעם, וואָס פֿויכטוואַנגער האָט זיַיַן שאַרפֿן ווידערווילן קעגן דעם דיַיַטשישן עקספרעסיאָניזם – דעמאָלט אין דער מאָדע – איבערגעטראָגן אויף די פאָליטישע געשעענישן אין ראַטן-פֿאַרבאַנד. אין ביידע האָט ער געזען דערשיַיַנונגען פֿון אַנאַרכיע, פֿון קעגנשטעלן זיך אָרדענונג און געזעצלעכקיַיַט. פֿון אַ ציַיַטונג-אַרטיקל איז שווער זיך צו שאַפֿן אַ גענויען איַיַנדרוק וועגן דער דיסקוסיע, אָבער אויב משפטן פֿון דעם געלייענטן, האָב איך דאָס געפֿיל, אַז די השערה פֿון דעם דיַיַטשישן קריטיקער איז אַן אָנגעצויגענע. דאָס איז אַ נישט גענוגנדיקער ענטפֿער און פֿאַרענטפֿער פֿאַר דער סתירהדיקער באַציִונג פֿון ליאָן פֿויכטוואַנגערן אין אַזאַ ענין פֿון עלעמענטאַרן הומאַניזם. יעדער אָנשטויס מיַיַנער אויף דער טעמע וועקט אויף אין מיר די זעלבע פֿראַגע , וואָס איך ווענד מיטן שפיץ צו זיך. ווער קען ענטפֿערן אויף איר, אויב נישט אַזאַ, וואָס האָט אויך אַזוי געהאַנדלט – אָנגעשטעלט זיַיַן אויג בלויז אויף דער רישעות פֿונעם היטלעריזם און נישט געזען, כמעט נישט געוואָלט זען, די פֿאַרברעכערישקיַיַט פֿנעם סטאַלין-רעזשים.?
[ליאָן פֿויכטוואַנגער איז געווען איינער פֿון די בלינד-געוואָרענע]. קיין אַבסולוטער ענטפֿער איז נישטאָ דערויף. אין אַ געוויסער מאָס קען מען עס דערקלערן מיט דעם, וואָס די אַנטוויקלונג פֿון דער סאָוויעטישער דיקטאַטור איז פֿאַָרגעקומען אויפֿן יסוד פֿון אַ רעוואָלוציע, וואָס האָט געזאָלט זיַיַן די בשורה פֿון באַפֿריַיַונג. טראָץ דער אומאויפֿרעכלעכער פֿאַרדאַרבונג פֿונעם רעזשים, האָט דער סאָוויעטישער פּראָפּאַגאַנדיסט נישט אויפֿגעהערט צו באַניצן זיך מיט סאָציאַליסטישע, דעמאָקראַטישע און הומאַניסטישע פֿראַזן.
הדסהן האָט דער עיקר אינטערעסירט דער איַיַנפֿאַל פֿון יענעם דיַיַטשישן פראָפֿעסאָר וועגן דעם עקספרעסיאָניזם און זיַיַן באַטיַיַט. זי האָט קיין מאָל נישט געקענט פֿאַרטראָגן די אַָ שיטה אין דער קונסט – נישט אין דער מאָלעריַיַ, נישט אין טעאַטער און אויך נישט אין דער סאַטירע. זי האָט אפילו נישט ליב ברעכטן. גליַיַכציַיַטיק אָבער איז איר איַיַנגעפֿאַלן אַז דער דיַיַטשישער עקספרעסיאָניזם איז געווען אַ קינסטלערישער פֿאַרויסזע וועגן דער ענדגילטיקער דעגראַדאַציע פֿנעם מענטש. די בילדער פֿון די היטלעריסטישע טויטלאַגערס זענען די פֿאַרקערפערונג פֿון יענע קינסטלערישע קאָשמאַרן אין די צוואַנציקער יאָרן; אין דער דאָזיקער פֿאַרויס-וויזיע איז געלעגן זיַיַן גרויסקיַיַט. אין תוך בין איך מסכים מיט הדסהן. אויך מיר איז דער עקספרעסיאָניזם ווי אַ קינסטלערישע שיטה דערווידער. ער איז דער שלעכטער גיַיַסט פֿון אַן אונטערגייענדיקער וועלט. די מענטשהיַיַט פרוּווט פֿאַראורטיילן די מיאוסקיַיַט דורכן גלאָריפֿיצירן זי.... דער עקספרעיאָניסטישער אופן פֿון אויפֿנעמען און קאָמענטירן די סאָוויעטישע ווירקלעכקיַיַט האָט אָבער געלעבט דווקא אין דער טאָגטעגלעכקיַיַט, אין די אַנעקדאָטן וואָס זענען געגאַנגען פֿון מויל צו מויל, ווען ס'איז אוממעגלעך געווען צו טראַכטן אַפילו וועגן אַן אומלעגאַל-אָפּגעדרוקט בלעטל, אַָדער וועגן געהיימע ליטעראַרישע שאַפֿונגען, וואָס גייען איבער פֿון האַנט צו האַנט. [אַזאַ אַבסאָלוטע צענזור ווי ס'איז געווען אין סטאַלינס ציַיַטן אין ראַטן-פֿאַרבאַנד איז אוממעגלעך געווען צו געפֿינען ערגעץ אַנדערש.] די דעפֿאָרמירונג פֿון דער מעטשלעכער נאַטור האָט מען געקענט טרעפֿן זעלטן אויף די בילדער אויסשטעלונגען און ווייניקער נאָך אין טעאַטער. נאָר אין די רייען פֿאַר די האַלבליידיקע געשעפֿטן, אין די ביורוקראַטישע אַמטן און אין די לאַגערס. דערויף זענען געווען מבינים בלויז יחידי-סגולה. אויף אַזעלכע סאַטירישע בילדער אין דעם טאָגטעגלעכקיַיַט האָבן זיי רעאַגירט מיט אַ שמייכל, און זעלטן מיט אַ וואָרט. דער המון איז געגאַנגען אין שפּאַן. געלעבט מיט דער געוווינהיַיַט. די מענטשן האָבן שוין מער נישט געזען די שטאַכעטן פֿון דער אָרדענונג, די באַגרענעצונגען, דעם געזעצלעכן ווילקער. פֿאַר יענע, וואָס זענען דאָרט געבוירן געוואָרן, איז דאָס געווען די פֿריַיַהיַיַט, ווי פֿאַר פֿייגל, וואָס אַנטוויקלען זיך אין שטייג. אַ סך פֿון זיי האָבן אָן דעם שוין נישט געקענט לעבן. אויף דער אמתער פֿריַיַהיַיַט האָט זיי פֿאַרכאַפּט דער אָטעם. אָבער פֿאַר איינעם וואָס איז געקומען אין ראַטן-פֿאַרבאַנד פֿון אַ דעמאָקראַטיש לאַנד, אַפילו פֿון אַזאַ רעזשים ווי אין פוילן, זענען די סאָוויעטישע געזעצן געווען ווי אַ טורמעפּלויט, אין וועלכן ער האָט אָן אויפֿהער זיך אָנגעשטויסן. דערפֿון האָבן זיך גענומען די ביטערע אַנטוישונגען פֿון די פוילישע קאָמוניסטן אין דעם אויסגעטרוימטן סאָוויעטישן לאַנד. דאָס האָבן אויך געוווּסט די היטערס פֿון דער אָרדענונג – און דערפאַר האָבן זיי נישט געהאַט קיין צוטרוי צו די חברים פֿון דער אומלעגאַלער פּולישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. זיי האָט מען די ערשטע אַרעסטירט, פֿאַרשיקט און אומגעבראַכט. אינטערעסאַנט, אַז בולטע רעשטן פֿונעם נאָכמלחמהדיקן עקספרעסיאָניזם האָבן מיר געפֿונען דווקא אין דעם ייִדישן טעאַטער, אין אַ ריי פֿאַָרשטעלונגען, אויפֿגעפֿירטע אין די ערשטע יאָרן נאָך די רעוואָלוציע – בעת אין דער רוסישע טעאַטערס איז כמעט קיין סימן נישט געווען דערפֿון. די סיבה איז אַ פשוטע: מיינסטנס פֿאַָרשטעלונגען אין די רוסישע טעאַטערס זענען אַלטע, און זיי ווערן נאָך אַלץ באַזוכט מאַסנוויַיַז, אַז ס'איז פשוט נישט נייטיק זיי צו ענדערן אָדער צו באַניַיַען. וועגן אַראָפנעמען זיי איז קיין רייד נישט . ווען איך בין געווען אין מאָסקווע זענען די באַרימטע פֿאַָרשטעלונגען דאָרט געגאַנגען פֿערציק יאָר, און מער. די זאַלן זענען כסדר געווען איבערגעפֿולט מיט א באַגיַיַסטערטן עולם, וואָס האָט ליב געהאַט , דער עיקר, צו אַפלאָדירן די גרויסע רוסישע אַקטיאָרן. אַ וויכטיקע באַמערקונג: אין יענער ציַיַט, ווען דער גרעסטער טייל פֿון אייראָפע איז געווען אָקופּירט דורך די נאַציס, און כמעט די גאַנצע וועלט האָט שוין געקענט די "אָרדענונג" פֿונעם דריטן ריַיַך, האָט דער סאָוויעטישער רעזשים געמוזט אויסזען ווי אַ גן-עדן. דער ווילקיר אין ראַטן-פֿאַרבאַנד איז סוף כל סוף געווען אַ געזעצלעכער, דאָ און דאָרט האָט ער נאָך געטראָגן די סימנים פֿון סאָציאַליזם. אַזוי האָבן מיר טאַקע אויפֿגענומען אונדזער סאָוויעטיש אַזיל-לאַנד. מיר האָבן געבענטשט דעם ראַטן-פֿאַרבאַנד נישט בלויז דערפֿאר, וויַיַל דאָרט האָבן מיר, אויב נישט אַלע, איז די גרויסע מערהיַיַט פֿון אונדז זיך געראַטעוועט פֿון טויט. [מיר האָבן געלויבט דאָס סאָוויעטישע פֿאָלק פֿאַרן אַנטקעגענשטעלן זיך דעם שרעקלעכן כוח, וואָס איז אַוועק אומברענגען פֿעלקער און קולטורן, און צום סאַמע אָנהייב – די ייִדן.] מיר האָבן אַלץ געוווּסט, און וואָס מיר האָבן נישט געוווּסט, האָבן מיר מיט אונדזער לעבנס-אינסטינקט דערפֿילט: אַז סטאַלינס ערשטע כוונה איז נישט געווען צו ראַטעווען די ייִדן. [איז אפילו נישט געווען זיַיַנער אַ וויילענדיקער ציל. פֿאַרקערט] ער האָט מורא געהאַט פֿון אַזאַ "שקר-בלבול", וואָס וואָלט דעם ראַטן-פֿאַרבאַנד אַוועקגעשטעלט אין אַ מצב, אַז ער פֿירט די מלחמה קעגן דיַיַטשלאַנד צוליב די ייִדן. פראָקלאַמאַציעס מיט אַזאַ אינהאַלט האָבן די דיַיַטשישע פראָפאַגאַנדיסטן געוואָרפֿן פֿון עראָפלאַנען איבער אוקראינע און וויַיַסרוסלאַנד איידער זיי האָבן אַטאַקירט די געביטן – און דאָס האָט זיך גאַנץ גוט אָנגענומען צווישן דער דאָרטיקער באַפֿעלקערונג. אָבער אַזוי האָבן זיך געפֿירט אויך די אַנדערע פֿון די אַליירטע, און קודם-כל – די אַמעריקאַנער. דערין איז געלעגן אַ וויכטיקע סיבה פֿונעם ייִדישן אומגליק: דאָס מאַכן זיך נישט זען, דאָס פֿאַרשוויַיַגן, די מורא, אַז די מלחמה זאָל אויסזען ווי אַ "ייִדישע" – נאָך דער מלחמה האָט דווקא דער סאָוויעטישער פֿאַָרשטייער גראָמיקאָ געהאַט דעם מוט דאָס עפֿנטלעך צו זאָגן פֿאַרן פלענום פֿון די "פֿאַראייניקטע פֿעלקער". [דאָס אַלץ האָבן מיר געוווּסט און געפֿילט. דאָס האָט אונדז פֿאַרדראָסן און וויי געטאָן, און דאָך האָבן מיר געוואָלט האַלדזן יעדן סאָוויעטישן זעלנער, וואָס איז אַוועק שלאָגן דעם דיַיַטש. אויף די ייִדישע זעלנער זענען מיר געווען שטאָלץ, אַ סך פֿון אונדז האָבן זיי מקנא געווען, אָבער די סאָוויעטישע סאָלדאַטן און אָפֿיצערן פֿון אַנדערע פֿעלקער זענען דורך אונדז געוואָרן פאַרהערלעכט, וויַיַל זיי זענען נישט, ווי די ייִדישע, געווען פֿארמישפט דורך היטלערן צום אומקום, אויב ער וועט זיי גריכן – און דאָך זענען זיי געגאַנגען באַפֿריַיַען נישט בלויז דעם ראַטן-פֿאַרבאַנד נאָר אַלע אַנדערע אָקוּפּירטע לענדער.] מיט עטלעכע טעג צוריק האָט מען געוויזן אין אונדזער טעלעוויזיע אַ פֿראַגמענט פֿון דער היַיַיאָריקע אָקטאָבער-פֿיַיַערונג אין מאָסקווע. די דעפֿילאַדע איז געווען אַזאַ ווי אַלע מאָל, אפשר מיט עטלעכע ניַיַע געווער כלים. אויף דער טריבונע זענען ווי תמיד, געשטאַנען די אַלטע סאָוויעטישע פֿירערס. די דעקאָראַציע אַרום האָט זיך אויך ווייניק געענדערט. אָבער איך האָב געקוקט אויף די יונגע זעלנער און אָפֿיצירן אין זייער ריטמישן מאַרש און כ'האָב געפּרוּווט זיך דערמאָנען: וואָס האָב איך געפֿילט אין אַלמאַ-אַטאַ אין יענע מלחמה-טעג, ווען איך האָב געזען דורכגיין מיט אַזאַ טראָט אַ סאָוויעטישע מיליטער-אָפטיילונג? דאָס האַרץ איז דעמאָלט פֿול געוואָרן מיט פֿרייד און דערוואַרטונג. מיר האָט זיך געדוכט, אַז יעדער פֿון זיי וועט דערטראָגן אַ גרוס קיין וואַרשע. איך האָב אין דעם געגלייבט. כ'בין זיכער געווען, אַז די ראָטע, וואָס גייט פֿאַרביַיַ, אויף דעם ברוק אין אַלמאַ-אַטאַ, וועט דערהרגענען די דיַיַטשן, וואָס האָבן אומגעבראַכט מיַיַנע נאָענטע. און כאָטש כ'האָב זיך געכאַפט, אַז אויף דער סאָוויעטישער אַרמיי לייגט מען איצט אַרויף אַנדערע אויפֿגאַבעס, האָב איך אין די אייניקלעך פֿון יענע סאָוויעטישע סאָלדאַטן פֿון די 40ער יאָרן דערזען דעם רום פֿון די וואָס האָבן צעבראָכן דעם רוקנביין פֿונעם היטלעריזם. אפשר איז דער אַָ גרויסער פֿאַקט געווען דעצידירנדיק, אַז מיר זאָלן אַזוי לאַנג שטיין אויף דער זיַיַט פֿון ראַטן-פֿאַרבאַנד. דאָס איז געווען דער גרעסטער באַפֿריַיַונג-כוח אין דער שרעקלעכסטער מלחמה פֿון אונדזער ציַיַט. נאָר ער האָט אונדז געקענט באַשיצן – און באַזיגן דעם שונא. אין אים האָבן מיר געפֿילט די וואַנט , וואָס פֿאַרשטעלט אונדז פֿון דעם שלעכטס. די וואַנט האָבן מיר געזען אין דער פֿאָרעם פֿון פֿעסטע, מונדירטע אַקסלען, וואָס שטייען געדיכט איינער לעבן אַנדערן נישט אַדורכצולאָזן! אין פֿרילינג האַבן אָנגעהויבן אָנקומען די ערשטע בריוו פֿון מיַיַנע חברים, וואָס זענען שוין געהאַט צוריקגעקומען קיין פוילן. [בער מאַרק, דוד ספֿאַרד און הערש סמאָליאַר]. קיין אָפטימיסטשע גרוסן האָבן זיי מיר נישט געשיקט, אָבער אַלץ, וואָס זיי האָבן געשריבן איז געווען ווי דורכגענומען מיטן פוילישן פֿיַיַכטן ווינט. זיַיַן ריח האָב איך אַרויסגעשפּירט פֿון דעם פאַפּיר. איך האָב גוט פֿאַרשטאַנען ווי שווער זיי איז געווען אַריַיַנצוגיין אין דעם ווינט. בער מאַרק האָט בלב ונפש זיך אַריַיַנגעוואָרפֿן אין אים, אָנגעהויבן טאָן די שווערע אַרבעט צו רעסטאַוורירן וואָס עס לאָזט זיך פֿון דער טראַגישער נאָענטער ייִדישער געשיכטע. [דוד ספֿאַרד האָט בעיקר זיך פֿאַרנומען מיט די עניינים פֿון אויפֿבוי און ייִדישער קולטור, דער האָפֿערדיקסטער פֿון די דערמאָנטע דריַיַ איז געווען הערש סמאָליאַר. אין זיַיַנע בריוו צו מיר איז ער געווען פֿול מיט ענטוזיאַזם]. אין זיַיַנע בריוו צו מיר האָבן זיי געשריבן וועגן דעם ווידער-אויפֿבוי פֿונעם ייִדישן יישוב אין פוילן, און אין שייכות מיט דעם – ווי נייטיק איך בין דאָרט אין דער סיטואציע. [אין זיַיַנע בריוו זענען אויך געווען רמזים וועגן געוויסע פֿון די חברים, און די אָ ווערטער האָבן מיך אַרויסגעבראַכט אויפֿן געדאַנק אַז ער דאַרף מיך האָבן צו אַ "פֿראָנט" , וואָס ער אָרגאַניזירט אונטער זיַיַן אָנפֿיר.] דעמאָלט האָב איך נאָך נישט געהאַט באַשלאָסן צו רעפּאַטרעיִרן זיך קיין פוילן. בער מאַרק האָט מיר טאַקע געשריבן, אַז פֿאַר גאָלדען וועט מען קענען באַקומען דעם בעסטן קלימאַטישן קוראַָרט אויף דער "ליניע" אָטוואָצק-שרודבאָרוּוו, אָבער איך האב געצווייפֿלט , צי זי וועט זיַיַן אין שטאַנד צו דערפֿאַָרן. שריַיַבן וועגן דעם האָב איך נישט געוואָלט. אָבער ביסלעכוויַיַז האָב איך אָנגעהויבן חלומען וועגן וואַרשע. דאָס האָט מיך נישט אָפּגעלאָזט. אין די לידער, וואס כ'האָב דעמאָלט געשריבן, האָב איך זיך אַ סך אויסגעלאָדן. כ'האָב געשריבן אין מאָסקווע אַזוי, ווי כ'וואָלט שוין געזעסן אויף דער פוילישער ערד. כ'האָב פֿאַרשטאַנען, אַז לאַנג ועט דאָס אַזוי נישט קענען אָנהאַלטן. כ'האָב געהערט צו פוילן, צום חרובן וואַרשע, צום פּראַגער בית עולם, צו די געבליבענע שטיינער אויף פאַוויע-גאַס.
דעם 14טן נאָוועמבער. היַיַנט איז די יאָרציַיַט נאָך הדסהס פֿאָטער, חיים. כ'בין אַוועק מיט איר קיין חולון אויפֿן בית-עולם, וווּ ער ליגט צוזאַמען מיט חוהן זיַיַן פֿרוי. די טאָכטער האָט פֿאַרשפּרייט בלומען אויף ביידנס מצבות. אין דער זעלבער ריי ליגט אויך אונדזער גוטער פֿריַיַנד, דער ערלעכער מענטש הערש מענדל. יעדעס מאָל ווען מיר קומען צו די עלטערן, לייגן מיר אַוועק אַ בלימל אויך אויף זיַיַן קבר. קיינעם קומט נישט מער צו אים. וויַיַזט אויס, אַז פֿון זיַיַנע נאָענטע פריַיַנד, סיַיַ די אידעיִשע, סיַיַ די פּערזענלעכע , לעבט שוין נישט קיינער. קיין קרובים האָט ער קיין מאָל דאָ נישט געהאַט. כ'האָב געבעטן הדסהן, אַז זי זאָל אַוועקלייגן אויף איר מאַמעס מצבה נאָך אַ בלום - פֿאַר גאָלדען. זי האָט אויסגעקליבן אַ בלום מיט אַ בלאַסראָזע קאָליר. נעכטן האָב איך אָפּגעזוכט דאָס פּעקל בריוו, פֿון מיַיַן קאָרעספּאָנדענץ מיט גאָלדען אין די 9 חדשים , וואָס זי האָט זיך געפֿונען אין קרים, אין די סאַנאַטאָריעס פֿאַר טובערקולאָז-קראַנקע. אירע בריוו צו מיר זענען שווער צו לייענען. אָפֿט האָט זי אין די היילאַנשטאַלטן נישט באַקומען קיין שריַיַב-פאַפּיר און קיין קאָנווערטן, און זי האָט געשריבן די בריוו, אויף וואָס ס'האָט זיך געלאָזן. אויך קיין רעכטע פֿעדער האָט זי נישט געהאַט. דערקעגן מיַיַנע בריוו צו גאָלדעין זענען געבליבן קלאָר און פֿריש, ווי כ'וואָלט זיי איצט געשריבן, און נישט מיט 38 יאָר צוריק. איין זאַך בלויז שטערט מיר איצט אין לייענען זיי: דער אויסלייג מיט די קרומע נונען און פייען צום סוף וואָרט, און אויך די נאַטוראַליזירטע העברעיש וועטער. אַזוי האָב איך דעמאָלט געשריבן נישט בלויז מיַיַנע לידער, נאָר אויך די פּריוואַטע בריוו.[ איך האָב זיך צוגעוווינט צו דער סאָוויעטישער אָרטאָגראַפֿיע. איצט שטעל איך זיך אפילו נישט פאָר, אַז כ'זאָל קענען שריַיַבן מיט דעם אָץ-קוצץ (ע"מ 166, שורה 16 מלמטה.] אגב, דערמאָן איך זיך איצט שמואל האַלקינס כתב-יד. ער פֿלעגט אַריַיַנגנבענען אַ מאָל אַ לאַנגע נון אָדער כף צום סוף פֿון אַ וואָרט, דוכט זיך, אַז ער האָט זיך דערמיט פשוט מחיה געווען. [כ'האָב דאָס גוט באַמערקט. אפשר האָב איך אַ שמייכל געטאָן, ער האָט עס נישט] גאָלדעלע פֿלעגט אָפּלאַכן פֿון דעם משוגענעם מומר-להכעיסדיקן אויסלייג און זי האָט געשריבן צו מיר מיט די לאַנגע און סוף-אותיות. די בריוו אירע געדענק איך נאָך פֿון יענע טעג ווען כ'האָב זיי באַקומען, און דאָך האָבן זיי איצט אויף מיר געווירקט טיפֿער און שאַרפֿער [ביַיַם לייענען זיי זענען מיַיַנע ברילן-גלעזער אָפֿט נאַס געוואָרן.] דאָס זענען געווען די חדשים, ווען זי איז פֿאַרשפאַרט געווען אין די היַיַזער פֿאַר טובערקולאָזע, איזאָלירט פֿון אירע נאָענטע, צווישן פֿרעמדע מענטשן. איר גרעסטער באַגער איז געווען, אַז זי זאָל נאָך נעמען דאָס קינד אויף די הענט, אַז מיר זאָלן אַ מאָל נאָך קענען זיַיַן אַלע צוזאַמען. [אָבער דאָס איז איר שוין נישט באַשערט געווען.] זי האָט געפֿאָלגט די דאָקטוירים, מ'האָט געפרוּווט אָנוועדן אַלע היילמיטלען און הייל-מעטאָדעס וואָס זענען דעמאָלט געווען בנמצא אין ראַטן-פֿאַרבאַנד קעגן דער קראַנקיַיַט. זי האָט זיך איַיַנגערעדט, אַז זי וועט גובר זיַיַן, און ווען זי איז געוואָרן אַפּאַטיש – האָב איך זי איַיַנגערעדט. אין מיַיַנע בריוו צו איר האָב איך זיך באַמיט זי צו סוגעסטירן. אַ סך מאָל האָב איך געטראַכט אַז דאָס קען אפשר נאָך ווירקן. נעכטן און היַיַנט האָב איך ווידער געלייענט אירע בריוו. צוזאַמען זענען זיי ווי איין ווייגעשריי פֿון א מענטש אין געראַנגל מיט אַ כוח, וואָס ער קען נישט און וועט נישט ביַיַקומען. אָבער דאָס געשריי איז ווי אָן אַ קול – שטיל, פֿאַרקלעמט, רעזיגנירט. איך בלויז הער עס. זי גיט אַ מאָל אַ קרעכץ, זי פֿאַרגינט זיך נישט צו שטערן מיר מיטן באַקלאָגן זיך. זי האָט מורא, אַז דאָס זאָל מיר נישט שטערן אין מיַיַן אַרבעט, אינעם שריַיַבן. אין איר הויכער היץ, געדענקט זי אין אַ בריוו מיר אָנצוזאָגן, אַז איך זאָל נישט אַרויסגיין אין די מאָסקווער שנייען, אָן אַ שאַל אויפֿן האַלדז, אַז כ'זאָל מער עסן, כ'מוז צוקומען אויף דער וואָג, וויַיַל אויך איך בין באַדראָט. איך האָב אויך געליינט די בריוו וואָס איך האָב געשריבן צו גאָלדען. נאָך דעם לייענען אירע בריוו, קען איך נישט זאָגן, אַז כ'בין געווען צופֿרידן פֿון מיַיַנע. ווי אַלע מאָל כמעט, שפּאַרט אַרויס פֿון זיי דער עגאָיזם, וואָס ווערט צוגעדעקט מיט אַ"מיסיע", מיט דער "אויפֿגאַבע פֿון אַ שריַיַבער". געוויס בין איך נישט אַזוי נאַריש צו דעקלאַמירן וועגן דעם, אָבער דאָס איז פֿאַראַן אין טאָן, אמת, מיט אַלע מיטלען האָב איך געפּרוּווט אויפֿהייבן ביַיַ איר די שטימונג. כ'האָב פֿאַרשטאַנען, אַז פֿון דעם איז אויך אָפּהענגיק איר געזונט. אַ סך מאָל האָב איך געמאַכט צו געלעכטער אַלע שוועריקיַיַטן, איר צוגעזאָגט אַלערליי גליקן, געשילדערט אַפילו, ווי אַזוי מיר וועלן זיך ליב האָבן ווען זי וועט געזונט ווערן. איך גלייב, פֿון דעסטוועגן, אַז די אָ "מיטלען" מיַיַנע האָבן אַ ביסל געהאָלפֿן ביַיַם אויפֿהאַלטן זי. איך ווייס נישט, צי כ'האָב איצט געדאַרפֿט ליינען גאָלדעס בריוו. זיי האָבן מיך צו שטאַרק דערמאָנט אין יענעם געראַנגל, און די ווערטער אירע קלינגען איצט ווי פֿאָרוווּרפֿן, כאָטש זי איז דאָס נישט אויסן געווען. אַנדערש, הגם נישט ווייניקער שווער, האָבן געווירקט אויף מיר מיַיַנע אייגענע בריוו וואָס איך האָב געשריבן צו גאָלדען. די אותיות פֿון מיַיַן האַנטשריפֿט זענען ווייניקער בלאַס געוואָרן ווי די זכרונות. זיי האָבן צעשטערט דעם נעפּל, וואָס האָט שוין גערוט איבער יענע יאָרן. איצט איז ווידער אַלץ בולט און איך שטויס זיך אָן אין די פרטים. זיי האָבן ווידער אַלע פֿאָרמען און קאַנטן, און צוליב זייער נאָענטקיַיַט לאָזן זיי מיך נישט אויפֿהייבן זיך צו פֿאַראַלגעמיינערונגען – און צו פֿאַרבינדן יענעם עבר מיט דער קעגנוואַרט. די פרטים! זיי זענען די שדימלעך, וואָס קניַיַפּן, ציפּן און מאַכן וויינען. פֿון אַ מרחק פֿון קנאַפע פֿערציק יאָר האָבן זיי באַוויזן צו פֿאַרקלעמען מיך ביַיַם האַרצן, אַז עס זאָל מיר אויספֿעלן אָטעם. כ'האָב געוויינט ווי דעמאָלט, אין יאָר 1937, ווען כ'בין געווען צו גאַסט ביַיַ מיַיַן ברודער נחמן אין בריסעל, און איך האָב דאָרט איבערגעלייענט אַ בינטל בריוו, וואָס דער טאַטע האָט געשריבן צו אים שוין אין דער ציַיַט פֿון זיַיַן קראַנקיַיַט. ערגעץ פֿון אַן אָפן פֿענצטער, האָבן זיך געהערט די קלאַנגען פֿון שובערטס אַ ליד - אַ ליבעליד, אָבער אַ טרויעריק ליד. פֿון דעמאָלט אָן קען איך נישט הערן גליַיַכגילטיק דאָס ליד. דעם גאַנצן ווינטער 47-46 איז גאָלדע געזעסן אין קרים. כ'האָב געהאַט ווייניק אילוזיעס, אַז די קוראַציע דאָרט קען איר העלפֿן. נישט ליַיַכט איז אויך געווען צו באַקומען דאָרט אַ פלאַץ. אַ "פוטיאָווקע", ווי מ'האָט עס דאָרט גערופֿן, אַ קוראַציע-טערמין, האָט מען געגעבן העכסטנס אויף צוויי חדשים. דערנאָך האָט מען אויף ס'ניַיַ זיך געדאַרפֿט באַמיִען צו פֿאַרלענגערן אויף נאָך אַ טערמין, אָדער איבערפֿירן זי אין אַ צווייטן אַנשטאַלט. מיַיַן בריוו-אויסטויש מיט גאָלדען האָט טאַקע אַ סך זיך פֿאַרנומען מיט די ענינים פֿון פֿאַרלענגערן אָדער איבערפֿירן די קוראַציע אירע אין אַן אַנדער סאַנאַטאָריע. די באַנדינגונגען אין די קרימער סאַנאַטאָריעס זענען דעמאָלט נישט געווען קיין אידעאַלע. גאָלדע האָט זיך באַקלאָגט אויפֿן עסן: ווייניק, נישט פֿריש, נישט געשמאַק. איך האָב איר כסדר געשיקט געלט, אָבער אויפן דאָרטיקן מאַרק האָט מען כמעט גאָרנישט געקריגן, און ספעציעל - אַ זאַך, וואָס זאָל אַ רייץ טאָן איר שוואַכן אַפּעטיט. דאָס, וואָס מ'האָט דערלאַנגט אין דער סאַנאַטאָריע, האָט זי נישט געקענט אַראָפשלינגען. צוריקקומען פֿון קרים, אין מיטן ווינטער האָט זי נישט געטאָרט. דאָס וועטער אין מאָסקווע, די פֿרעסט, שנייען און בלאָטעס, וואָלטן זי שנעל אַרויסגעענדיקט. גאַנצע טעג בין איך געווען פֿאַרנומען מיט אינטערווענצן, אַז מע זאָל גאָלדען פֿאַרלענגערן די קוראַציע אין קרים. אַ גרויסע הילף דערביַיַ האָב איך באַקומען סיַיַ פֿון פרץ מאַרקישן, סיַיַ פֿון איציק פֿעפֿערן. זיי האָבן נישט געזשאַלעוועט זייער ציַיַט און ענערגיע ביַיַם אויספועלן אין "ליטפֿאָנד" און אין וו.צ.ס.פ.ס (פראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען) דעם מאַקסימום, וואָס די אָ אינסטיטוציעס זענען אין שטאַנד געווען צו געבן. זיי, פּונקט ווי די אַנדערע סאָוויעטישע ייִדיש שריַיַבערס – קוויטקאָ, רבקה רובינאַ, האַלקין, דער נסתר, קושניראָוו, פֿאַלקאָוויטש, האָפשטיין, נח לוריע, דאָברושין, און אַ סך אַנדערע, זענען געווען האַרציק און איבערגעגעבן ביז גאָר. וועגן די ייִנגערע – רעדט מען שוין נישט. איך האָב כסדר געפֿילט זייער ליבשאַפֿט. זיי זענען מיר געווען ווי ברידער. אין זייער סביבה איז מיר געווען גוט און וואַרעם. וועגן דער באַציִונג פֿון מיַיַנע סאָוויעטישע חברים, האָב איך שוין געשריבן. זאָל מען מיר נישט נעמען פֿאַר אומגוט די אָ איבערחזרונגען. איך טו דאָס מיט סאַטיספֿאַקציע און פֿאַרגעניגן. זיי זענען די בעסטע זכרונות אין מיַיַן נע ונד.
דעם 17טן נאָוועמבער. ביַיַ נאַכט האָט גערעגנט, געבליצט און געדונערט. פֿאַר טאָג איז דאָס דונערן געוואָרן ענלעך צו אַ קאַנאָנאַדע און די בליצן האָבן זיך אָפּגעשלאָגן ווי ליכטעפֿעקטן פֿון אַ טעאַטער-בינע. די סעזאָן-ענדערונגען אין דעם לאַנד גייען מיך אָן מער ווי אַ מאָל ערגעץ אַנדערש אין דער וועלט. דער שטאָטישער ברוק האָט דאָרט הערמעטיש פֿאַרדעקט די ערד. די מויערן האָבן פֿאַרשטעלט דעם רוים און דעם ווינט. אָבער דאָ? אַפילו די אָפגעלאָזענע, נישט זייער ציכטיקע שטאָט תל-אביב, איז אָפֿן פֿאַר די ריחות פֿון דער ערד. מיט פֿאַרמאַכטע אויגן קען מען, לויט דער נאָז, טרעפֿן די ציַיַט פֿונעם יאָר. אפילו אַ בלינדער אויף אַלענבי-גאַס דערשמעקט דעם אַראָמאַט פֿון דער ערד נאָכן רעגן. איך האָב שוואַכע אויגן. אַ גאַנץ לעבן מאַטער איך זיך מיט זיי. ווען כ'בין געווען אַ חדר-ייִנגל האָב איך אויפֿגעהערט זען די רשי- אותיות. פֿון זיי איז געוואָרן איין פֿלעק. שפּעטער, ווען כ'בין געוואָרן אַ הענטשקע-מאַכער און גענייט הענטשקעס, איז די נאָדל פֿון דער ניימאַשין כסדר אראָפגעפֿאָרן פֿון די גלייכע נעט. אַן אויגן דאָקטער האָט מיר פֿאַרשריבן ברילן און מיך אויסגעלייזט פֿון דעם קוועל, אָבער קיין מאָל איז נישט פֿאַרשוווּנדן מיַיַן שרעק, אַז כ'בין עלול צו פֿאַרלירן די ראיה. דערפֿאַר פרוּוו איך, אויף אַ ייִנגלערישן אופן, צו גיין אָפֿט מאָל מיט פֿאַרמאַכטע אויגן אין גאַס. איך וויל אויספרוּוון צי כ'קען אויסקומען אָן דער ראיה, אויב, חלילה, כ'וועל זי פֿאַרלירן. איך וויל טרעפֿן נישט בלויז דעם וועג, נאָר אויך דאָס וועטער און די ציַיַט פֿון יאָר. אויך איצט מאַך איך אַ מאָל אַזאַ פרוּוו. די פֿונקציע פֿון דער ראיה לייג איך כמעט אין גאַנצן אַריבער אויפֿן חוש הריח. אויף דעם געביט בין איך שטאַרק. ער איז כמעט נישט שוואַכער געוואָרן אין משך פֿון די יאָרן. גיי איך אַזוי אין דעם ערב ווינטערדיקן ווינט און אָטעם אַריַיַן דעם ריח פֿון שטויב-און-רעגן, פֿון פֿיַיַכטקיַיַט אויף געלע בלעטער און פֿאַרוועלקטן גראָז. אַ מחייה! ס'איז גוט צו פֿאַרמאַכן די אויגן, ס'איז גוט נישט צו זען – אָבער אויף אַ וויַיַלע בלויז! די נאָז ווערט שאַרף, בלויז אויף איר קען איך זיך איצט פאַרלאָזן. זי שטרענגט זיך אָן און גיט מיר די ריחות ביז די דינסטע ניואַנסן. איך הער אויף מורא צו האָבן פֿאַר בלינד ווערן. אייגנטלעך, טו איך דאָך דאָס זעלבע, ווען איך גיי אויף מיַיַנע טאָגבלעטלעך צום עבר. איך "פֿאַרמאַך די אויגן" און איך שריַיַב וועגן מאָסקווע אין פּונקט אַזעלכע טעג, אין האַרבסט פֿון יאָר 1947 – מיַיַן לעצטער האַרבסט אין ראַטן-פֿאַרבאַנד. דער ריח פֿון מאָסקווע איז אָבער אַ האַרבער, די קאַלטע לופֿט ריַיַבט אָן דאָס פנים און צופּט די נאָזלעכער. אַן ערשט שנייעלע טוט אַ קיצל. איך וואָלט נאָך איצט געקענט גיין מיט פֿאַרמאַכטע אויגן דעם וועג פֿון קיראָוואַ, וווּ כ'האָב געוווינט, צום אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט אויף קראָפאָטקינאַ. אין דעם ערשן צימער, וווּ עס זיצן די מאַשין-שריַיַבערינס (איינע פֿון זיי, אַ שוואַרצינקע, טראָגט שטיוועלעך, פשוטע מענערשע שטיוועלעך, אָבער אַפילו דורך זיי זעט מען, אַז זי האָט געטאָקטע פֿיס), איז וואַרעם און דושנע. דאָרט פֿילט זיך עפעס ענלעכס צו דער היימישקיַיַט פֿון אַ קלוב. אַפילו ווען איך עפֿן נישט די אויגן, וועל איך די מענטשן דערקענען לויט זייערע שטימעס. אָט איז דער נסתר, און אָט איז יעקב שטערנבערג. זיי זיצן ביידע אויף דער סאָפֿקע, פֿאַרטיפֿט אין אַ שמועס. ביידע זענען זיי איַיַנגעהויקערט אַ ביסל. אין דער ערשעטר מינוט דערזעען זיי מיך נישט, אָבער ווען דאָס געשעט, גיט זיך דער נסתר אַ רוק אָפּ פֿון זיַיַן פּלאץ און מאַכט אויך פֿאַר מיר אַן אָרט. און מיט זיַיַן שטילער, וואַרעמער שטימע הייבט ער אָן מיך פֿרעגן וועגן גאָלדען, וועגן קינד. איך דערצייל אים די נישט פֿריילעכע ניַיַעסן פֿון דעם שפיטאָל אין קרים און פֿון דער קינדערהיים. ער הערט מיט אראָפּגעלאָזענע אויגן און אַ צער צעגיסט זיך אויף זיַיַן בלאַסן פנים. יעקב שטערנבערג פֿרעגט זיך וועגן די ידיעות פֿון פוילן. צי שריַיַבן עפעס די חברים, וואָס זענען שוין געפֿאָרן אַהין. דעמאָלט הערן זיי ביידע די בשורות פֿון פוילן – ווי אַזוי מע הרגעט ייִדן אין די ווינקלען, ווי אַזוי מע וואַרפֿט זיי פֿון די באַנען. "די פּאָליאַקן – זאָגט שטערנבערג – ווילן אַרויסענדיקן די אַרבעט..."דער נסתר קרעכצט: " וויי, ויי! און די טיַיַערע פּוילישע ייִדן פֿאָרן אַהין, אין דעם גיהנום..." די טיר צום קאַבינעט עפֿנט זיך און אין איר באַוויַיַזט זיך איציק פֿעפֿער. ער רופֿט מיך אַריַיַן צו זיך. דעם וויזיט ביַיַ אים האָב איך נאָך נעכטן באַשטעלט. מע דאַרף שוין ווידער זיך באַמיִען וועגן פֿאַרלענגערן גאָלדעס קוראַציע אין קרים, אין אַלובקאַ, אין דער סאַנאַטאָריע פֿאַר טובערקולאָזע אויפֿן נאָמען פֿון סטאַלינען... "וואָס הערט זיך, וואָס מאַכט מען"? – אָבער קודם כל וויל איציק פֿעפֿער הערן וואָס די חברים טוען אין פוילן, ווי אַזוי אָרדענען זיי זיך איַיַן, ווי אַזוי זעט אויס די אַרבעט. כ'האָב ערשט געקריגן אַ בריוו פֿון סמאָליאַרן. מיט עטלעכע טעג צוריק האָב איך געקריגן בריוו פֿון מאַרקן און פֿון ספֿאַרדן. איך דערצייל אים, אַז ייִדן האָבן אָנגעהויבן אַנטלויפֿן פֿון פּוילן, אַז אויך אַ טייל פֿון די שריַיַבערס זענען אַוועק , און אַפילו אַזעלכע ווי חיים גראַדע און יוסף רובינשטיין גרייטן זיך אַוועקצופֿאָרן. זיַיַן פנים ווערט פֿאַרכמורעט, די דיקלעכע ליפן זענען פֿאַרמאַכט. ער נעמט אַראָפ די ברילן און ווישט איבער די אויגן מיט דער אייבערשטער טייל פֿון זיַיַן האַנטפֿלאַך: "און וואָס מאַכט איַיַער פֿרוי? ווי גייט עס מיט איר קוראַציע"? איך דערצייל אים וועגן די שוועריקיַיַטן, וועגן די אינטערווענצן, וואָס איך מאַך דורכן סאָוויעטישן שריַיַבער-פֿאַרבאַנד, מיט דער הילף פֿון פרץ מאַרקישן, אַז מע זאָל פֿאַרלענגערן איר היילונג אין קרים. אָבער דערוויַיַל אָן פּאָזיטיוו רעזולטאַטן. ער רופֿט אַריַיַן די סעקרעטאַרקע און דיקטירט איר אַ טעקסט, אין ענערגישע רוסישע ווערטער, צום "ליטפֿאָנד", אין נאָמען פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאשיסטישן קאָמיטעט, אַז מע זאָל טאָן אַלץ אויף צו פֿאַרלענגערן די "פּוטיאָווקע", פֿאַר גאָלדע דאַנילאָוונאַ, די פֿרוי פֿון דעם אָנגעזעענעם ייִדישן פאָעט..." ווען איך פֿאַרלאָז פֿעפֿערס צימער, דערזע איך משה בראָדערזאָנען. מיר נעמען זיך אַרום, און מיט זיַיַן שנעלן אופן פֿון רעדן, נעמט ער מיך אויספֿרעגן וועגן דער סיטואַציע אין פּוילן. ער רעדט וואָס אַ מאָל אַלץ העכער: "קיינער האָט נישט געדאַרפֿט פֿאָרן אַהין, צו די פוילישע פּאָגראָמשטשיקעס. זיי וועלן אונדז אַלעמען אויסשעכטן! איר, העלער, זאָלט עס נישט טאָן, גייט נישט צו דער עקידה! מיר דאַרפֿן נישט קיין ייִשוב אין פוילן פֿאַר די עטלעכע ייִדן! מיר האָבן שוין געהאַט דאָרט גענוג. איך וועל זיך נישט לאָזן מער שעכטן"! די אַנדערע אין דעם וואַרטצימער קוקן זיך אום אויף בראָדערזאָנען. צווישן זיי דערזע איך יוסף קעלערן און מאָטל גרוביאַנען. זיי קוקן אויף בראָדערזאָנען מיט זייערע שוואַרצע דערשראָקענע אויגן: "וואָס איז געשען, וואָס איז געשען אין פוילן? אין זיַיַן פֿריִערדיקן נוסח, שנעל און שאַרף, איז משה בראָדערזאָן ממשיך: "די פאָליאַקן שעכטן אויס די לעצטע ייִדן, און מיַיַנע חברים פֿאָרן אַהין אויסשטרעקן די העלדזער, זיי גייען אויפֿבּויען אַ ניַיַעם ייִדשן ייִשוב. די אַנטיסעמיטן דאָרט קענען נישט לעבן אָן דעם..." איך גיי צוריק אַהיים דורך די מאָסקווער געפֿרוירענע גאַסן, אונטער די בליַיַערנע נאָוועמבער הימלען. משה בראָדערזאָן איז דאָך, נעבעך, גערעכט. וואָס וויל דאָס הייפֿל ייִדישע עקשנים פֿון פוילן? פֿאַר וואָס שלעפּן זיי אויך מיך אַהין? איך קום אַהיים. אין שטוב איז וואַרעם, צו וואַרעם, דושנע, איך זעץ זיך צום טיש. אין יענעם נאָוועמבער האָב איך געדאַרפֿט פֿאַרענדיקן מיַיַן פאָעמע "דער וועג אויף וואַרשע". דאָס האָט געדאַרפֿט זיַיַן דאָס פֿאַרנעמיקסטע ווערק מיַיַנס. ביז דעמאָלט האָב איך שוין געהאַט אָנגעשריבן עטלעכע גרעסערע זאַכן, אָבער כאָטש סוזשעטישע, זענען זיי געווען דורכויס לירישע. דער העלד בין איך אַליין געווען. [זיי זענען געווען ווי אַ סך-שורהקע לידער.] דאָס זענען געווען די פאָעמעס "אויפֿן נוינט" , אַרויס אין יאָר 1937 און "וואַרשע 1939" אָפּגעדרוקט צום ערשטן מאָל אין טיילוויַיַז, אין דעם אַלמאַנאַך "צום זיג", מאָסקווע 1944 . דאָס מאל האָט די גרויסע פאָעמע געדאַרפֿט זיַיַן אַ מין עפּאָפּעיי מיט מלחמה- שילדערונגען, מיט קאַמפֿן אויפֿן פֿראָנט. כ'האָב באַלד פֿון אָנהייב געוווּסט אַז דאָס מאָל וועט מיַיַן אויפֿגאַבע זיַיַן נישט קיין ליַיַכטע. אין אַקטיוון מיליטער-דינסט בין איך נישט געווען, אויפֿן פֿראָנט – אַוודאי נישט. אויב אין "וואַרשע 1939" בין איך געווען "אין דער היים" – אין וואַרשע, און די צרות האָב איך אַליין איבעגעלעבט, האָב איך אין קאַמפֿן אויפֿן שלאַכטפֿעלד קיין אַנונג נישט געהאַט. כ'האָב זיך געפרוּווט אַן עצה געבן דערמיט, וואָס מיַיַן הויפט העלד האָב איך געמאַכט ענלעך צו זיך פֿון דער ציווילער זיַיַט: כ'האָב אים אַוועקגעשענקט מיַיַן פאַרגאַנגענהיַיַט – מיַיַן וואַרשעווער הינטערגרונט, מיַיַן שטוב, מיַיַן דערציִונג. דאָס האָט מיר געגעבן אַ מעגלעכקיַיַט איבערצושפרינגען צום עבר, צו דער היים, צו טאַטע-מאַמע, נישט מער: אַנשטאָט אַ פאָעט איז דער העלד אין דער פאָעמע געווען אַ ייִדישער לערער. די אָ פֿראַגמענטן – די היימישע, די פֿרידלעכע, די אַמאָליקע – זענען געווען נאָסטאַלגישע. אויך אין די קאַפיטלעך, וווּ כ'האָב געשילדערט דאָס חרובע וואַרשע וואָס וואַרט אויף זיַיַן באַפֿריַיַער, חיים הורוויץ , האָב איך זיך געפֿילט זיכער. אָבער אייגנטלעך זענען די טיילן געווען לירישע, אויטאָביאָגראַפֿישע – וועגן זיך. די באַטאַליסטישע טיילן האָב איך רעדוצירט ביז צום מינימום. אָבער אַפילו מיט אַזאַ אויסוועג בין איך נישט געווען צופֿרידן. עס זענען אויך געווען טיילן וועגן הינטערלאַנד – די קאַזאַכישע לאַנדשאפֿט, אַלמאַ-אַטאַ, וווּ דעם העלדס משפחה איז געבליבן ווען ער איז געווען אויפֿן פֿראָנט, אָבער דער אידעאָלאָגישער "גוטער ווילן" האָט געשאַפֿן אַ סכעמאַטישע זיסקיַיַט, וואָס איז מיר באַלד געווען דערווידער. אויך דער סוף איז געווען אַ מעלאָדראַמאַטישער. ביַיַם היַיַנטיקן טאָג וואָלט איך זיך אונטערגעשריבן בלויז אויף די ביאָגראַפֿישע, לירישע קאַפיטלעך פֿון דעם בוך. צו מיַיַנע אייגענע שאַפֿונגען בין איך תמיד קריטיש. כ'בין געווען אַ מבין אויף די אַלע גרינטלעכע פֿעלערן פֿון מיַיַן ניַיַעם ווערק. וועגן דעם האָב איך געשריבן צו גאָלדען אין די בריוו פֿון יענע טעג. זי האָט שוין געהאַט געלייענט די ערשטע קאַפיטלעך איידער זי איז געפֿאָרן קיין אלובקאַ. זי האָט אָפט געטענהט, אַז איך בין צו פֿיל זעלבסטקריטיש. בכלל, האָט זי געהאַלטן, אַז איך בין אַ גרויסער דיכטער, אַ גרעסערער פֿון אַנדערע – באַרימטע און באַלוינטע. דערביַיַ פֿלעגט זי זיך באַוואָרענען, אַז איר מיינונג וועגן מיר איז נישט "איבערגעקויפֿט". אין די בריוו צו איר האָב איך זיך באַקלאָגט אויף מיַיַנע שוועריקיַיַטן ביַיַם שריַיַבן די פאָעמע און געבעטן עצות ביַיַ איר. וואָס האָט זי מיר געקענט ראָטן פֿון דער וויַיַטנס? אַז כ'זאָל זיך באַמיִען צו קירצן, וואָס מער קירצן. דאָס וועט קיין מאָל נישט שאַטן. איך האָב זי געפאָלגט. דאָס איז דאָך געווען אויך מיַיַן אייגענע עצה. כ'האָב געקירצט די פאָעמע אָן רחמנות. ווען איך שריַיַב, לעב איך אין אַן אַנדער וועלט. מיַיַן מאַמע פֿלעגט זאָגן מיט אַ שמייכל: "די שכינה רוט אויף אים". דאָס איז נישט זייער איבערגעטריבן: מיַיַנע אויגן זעען בעסער, שאַרפֿער, זיי האָבן אַ שטאַרקער ליכט. אַפילו מיַיַנע באַוועגונגען זענען מער זיכערע. איך רעד שטילער און ווייניקער. קיין סך פֿריַיַע ציַיַט האָב איך דעמאָלט נישט געהאַט. לאַנגע שעהען פֿלעג איך זיצן ביַיַם גרויסן טיש, און שריַיַבן, איבערשריַיַבן. כ'האָב ליב די שריַיַבערישע עבודה, און דאָס איבערשריַיַבן לאַנגוויַיַליקט מיך נישט. די צוויי שיינע מיידלעך, די קוזינקעס, פֿלעגן אַריַיַנפֿאַלן צו מיר אין די אָוונטן – נישט צוזאַמען. זיי האָבן פֿון דעסטוועגן צווישן זיך רעוואָליזירט, און איך האָב פֿון קיין איינער נישט געוואָלט זיך אָפּזאָגן. זיי זענען דאָך געווען אַזוי אַנדערש איינע פֿון דער אַנדערער! מע דאַרף אָבער נישט מיינען מי יודע וואָס. כ'האָב דעמאָלט געלעבט כמעט ווי אַ נזיר און נישט פֿאַרבראַכט מיט קיין מיידלעך. מיַיַן מוזע איז זייער אַן אייפֿערזיכטיקע.
דעם 19טן נאָוועמבער. נישט לאַנג שוין וועט מיַיַן טאָגבוך זיך דאַרפֿן אומקערן אויף צוריק. מסתמא וועט ער דעמאָלט בכלל איבעגעריסן ווערן. זיַיַן כוח-החיים נעמט ער דאָך פֿון דער פֿארגאַנגענהיַיַט. נאָך עטלעכע חדשים וועט דויערן מיַיַן באַזוך "אין לאַנד פֿון מיַיַן חלום". ער וועט זיך ענדיקן מיט וואָס ער האָט זיך אָנגעהויבן: מיט גאָלדעס טויט. זי איז נישט דער איינציקער קרבן וואָס איז געבליבן אויף דער סאָוויעטעשער ערד. עטלעכע פֿון זיי זענען אומגעבּראַכט געוואָרן דורך די דיַיַטשן אין די אָקופירטע געגנטן פֿון וויַיַסרוסלאַנד: מיַיַן ייִנגסער ברודער מנשה – אין באַראַנאָוויטש, גאָלדעס ביידע שוועסטער – נחמה און חיה מיט איר מאַן און דריַיַ קינדער – אין סלאָנים. אויפֿן קאָלכאָזנעם פֿעלד אין נאָוואָאוזיענסק, בעת אַ קורצן אָפרו אינעם היישניט, איז געקומען צו רייד וועגן אונדזערע פּערספּעקטיוון. דאָס איז געווען אין יולי 1941 – אין צווייטן מלחמה-חודש. אויפֿן בערגל היי זענען מיר געלעגן אין דריַיַען: איך, דוד ספֿאַרד און משה לעווין – משה בטלן, ווי מ'האָט אים ביַיַ אונדז גערופֿן. דער לעצטער, אַלע מאָל אַ שטרענגער קאָמוניסט, בטבע אַ גלויביקער און אַן אָפטימיסט, איז דעמאָלט געווען שטאַרק פעסימיסטיש. ער האָט אַ זאָג געטאָן: "נישט איין קופקעלע ערד וועט דאָ בליַיַבן נאָך אונדז". דער זאָג זיַיַנער איז געווען אַזוי אומדערוואַרט, אַז קיינער האָט אים נישט אָפגעענטפֿערט. פֿון אונדז דריַיַ איז ער געווען דער, וואָס האָט איבערגעלאָזט אין יענעם לאַנד דאָס בערגעלע ערד. אין אַ קוילן-גרובן פֿון קאַראַגאַנדאַ האָט אַ כוליגאַן אים אַריַיַנגעשטופט אין אַ וואַסער-גרוב, און ער איז דערטרונקען געוואָרן. ער, דער פֿרומסטער, דער איבעגעגעבנסטער קאָמוניסט צווישן אונדז. אין אונדזער סביבה, צווישן די ייִדישע קאָמוניסטן אין פוילן, איז ער געווען דער אָנגענומענער מומחה און אינטרעפעטאַטאָר פֿון תורת-לענין. ער האָט איבערגעפֿירט די אַקטועלע קאָמוניסטיש-פאָעטיש ליניע אויפֿן געביט פֿון דער "ייִדישער אַרבעט". ער איז געווען אָפגעהיט אין זיַיַן ערלעכקיַיַט, און געלעבט מיט אַן אויסגערעכנטן גראָשן צוזאַמען מיט זיַיַן פֿרוי און קינד אין איין קליין צימערל פֿון אַ "נאַדבודוּווקע" (אַן אַרויפֿגעבויטער שטאָק) אויף גענשע-גאַס. דווקא אים איז באַשערט געווען צו שטאַרבן מיט אַזאַ טויט אין דעם לאַנד, אויף וועלכן, ער האָט קיין שפרענקעלע נישט געלאָזט פֿאַלן. ווער וועט אים דערמאָנען? ער, פונקט ווי דודל ריכטער, זיַיַן נאָענטסטער חבר, זענען אַראָפ ווי אין אַ תהום. דודל ביַיַ די דיַיַטשן און ער ביַיַ די כוליגאַנעס אין קאַראַגאַנדאַ אויף אים, אויף משה בטלן, טוט נאָך מער וויי דאָס האַרץ, וויַיַל זיַיַן טויט איז אַ טייל פֿון אונדזער חרפה. מיר האָבן אַ חלק אין אים. ער אַליין האָט געהאַט אַ חלק אין אים. און מיַיַן ברודער לייבוש? ער איז שוין נישט געווען קיין קאָמוניסט, נאָר אַ דורכשניטלעכער האָרעפאַשניק פֿון דער וואָלינסקע-גאַס אין וואַרשע. קיין פאָליטיק האָט אים בכלל נישט אינטערעסירט. דאָס גאַנצע לעבן זיַיַנס האָט ער אָפגעהאָרעוועט פֿאַר יענעם, געווען אַ "מענטש" אין אַ צעלניק-געשעפֿט אויף נאַלעווקעס. ווינטער סוף 1939 האָט ער זיך אַריַיַנגעשטעלט אין אונדזער צימערל אין ביאַליסטאָק, מיט אַ רוקזאַק אויף דער פלייצע און אַ "מאָטשעויווקע" אויפֿן קאָפ. ער קומט, האָט ער געזאָגט, איבערוואַרטן עטלעכע חדשים, בלויז עטלעכע חדשים, ביז וואַנען די מלחמה וועט זיך ענדיקן... אַזוי האָט ער געזאָגט. כ'האָב געפועלט מע זאָל אים געבן די אַרבעט פֿון פֿאַרוואַלטער אין אַ ברויטגעוועלב. מיט וואָסער איבערגעגעבנקיַיַט האָט ער געטאָן די אַרבעט! אין יענעם לאַנד פֿון גרויסע און קליינע גנבות איז ער געווען אָפגעהיט אויף אַ גראָשן. און דערביַיַ האָט ער צוגעהונגערט. איך געדענק נאָך ווי ער פֿלעגט איַיַנשלינגען דעם טעלער זופּ ווען ער איז געקומען צו פֿייגען, גאָלדעס מוטער. דאָס וואָלט אוממעגלעך געווען זיך פֿאָרצושטעלן וועגן אים, דער געקעכלטן פֿון זיַיַן קליינער פֿרוי. ער האָט טאַקע אָנגעהויבן בענקען צו זיַיַן היים אויף דעם שמאָלן געסל וואָלינסקע, צו זיַיַן פֿרוי און דריַיַ קינדער. ער האָט זיך רעגיסטרירט צוריקצופֿאָרן קיין וואַרשע. די רעגיסטראַציע איז געווען אַ פֿריַיַע, אַ לעגאַלע, אָבער געשיקט האָט מען אים, צוזאַמען מיט אלע רעגיסטרירטע, אין אַ פֿאַרקערטער ריכטונג – קיין קאָמי א.ס.ס.ר. אויך ער האָט נישט ווער עס זאָל אים דערמאָנען. זיַיַן פֿרוי רייצעלע, זיַיַנע זין מנשה און משה, זיַיַן טאָכטער רבקה, זענען אַרויסגעשיקט געוואָרן אין יולי 1942 פֿון וואָלינסקע-גאַס נומער 7 [וווּ זיי האָבן אָפגעוווינט דאָס גאַנצע לעבן.] פֿונעם אומשלאַגפלאץ האָט מען זיי געשיקט קיין טרעבלינקע צוזאַמען מיט דער מאַמע יאַכעט, מיט דער שוועסטער חיהלע, מיטן שוואָגער שאַיע, מיט זייער קליין מיידעלע מאַשעלע. ווער זשע וועט אים דערמאָנען, אויב איך, דער איינציקער געבליבענער, וועל עס נישט טאָן? און כ'דאַרף עס טאָן איצט, איידער איך פֿאַרלאָז אויף שטענדיק די געפֿרוירענע רוסישע ערד. אין מיַיַן פֿענצטער אויף דער גאַס עמק איילון אין תל-אביב שיַיַנט איצט די זון. זי פֿאַלט אויף די אָנגעשריבענע שורות, וואָס האָבן אַ טבע צו טריקענען שנעלער ווי מיַיַנע טרערן. די ביימער אין דרויסן, אַחוץ די צוויי טאָפאָליעס, זענען באַדעקט מיט גרינע בלעטער און נאָדלען. אַזאַ איז אונדזער האַרבסט און אַזעלכע זענען דאָ די ביימער. די ביימער לאַכן פֿונעם האַרבסט. זיי לאַכן פֿון דעם רעגן, וואָס שפריצט זיי אָפּ יעדע עטלעכע טעג – און לאָזט ווידער צו צו זיי די זון. די ווינטער-פֿייגל זענען שוין דאָ, צווישן זיי – דאָס גראַציעזע פֿייגעלע מיט די הויכע פֿיסעלעך און שנעלן, טאַנצנדיקן גאַנג. כ'האָב שוין ווידער פֿאַרגעסן ווי דאָס הייסט. מיַיַן אייניקל גלי ווייסט. כ'האָב זי שוין איין מאָל געפֿרעגט, אָבער ווער קען געדענקען די העברעישע נעמען פֿון אַלע פֿייגעלעך. אוי, ווען די פֿייגל וואָלטן געוואָלט ווערן מיַיַנע חברים אַנשטאָט די מענטשן, וואָס כ'האָב פֿאַרלוירן און איבערגעלאָזט אין מיַיַן טאָגבוך אויף צוריק! אפשר וועט דאָס אַ מאָל געשען. די ערד פֿאַרמאָגט אַזאַ מין שטאָף, וואָס פֿאַראייניקט אַלע ברואים ווען זיי קערן זיך אום צו איר, סיַיַ די וואָס ווערן צו קבר געבראַכט, סיַיַ יענע וואָס מע וואַרפֿט אין די ברידער-גריבער, אפֿילו יענע, וואָס ווערן פֿאַרוואַנדלט אין אַש. ווייניקער פֿון אַש קען מען דאָך נישט ווערן. אין דרויסן איז ווידער וואַרעם. די ווינטער-פֿייגל האָבן זיך צוגעאיַיַלט, זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל לויטן קאַלענדאַר. כ'בין געגאַנגען צו דינהלען, כדי צו זען איר מאַן, וואָס איז געקומען אויף אַ טאָג אוּרלויב פֿון זיַיַן רעזערוו דינסט אין מיליטער. אַלאַן איז אַריַיַנגעקומען מיט דער ביקס אויפֿן אָרעם און אין זיַיַן מיליטערישער הלבשה. ער האָט איצט די פֿונקציה צו היטן אַ טורמע מיט אַראַבישע טעראָריסטן. ער האָט גענומען אָנלאָדן דעם מאַגאַזין פֿון דער ביקס מיט די 29 קוילן, און רוני, דער 6 יאָריקער זון, האָט זיך צוגעקוקט צו דעם מיט ברייט-געעפֿנטע אויגן. דאָס ייִנגל ווייסט שוין , אַז מען אַרעסטירט די אַראַבישע טעראָריסטן צוליב זייערע אָנפֿאַלן אויף ייִדן, ציווילע און מיליטער-ליַיַט. זיי הרגענען מענטשן פֿון יעדן עלטער, אַפֿילו קליינע קינדער. דערפֿאַר האַלט מען זיי פֿאַרשפאַרט אין דער טורמע, וואָס ווערט געהיטן פֿון זיַיַן פֿאָטער און נאָך זעלנער. רוני ווייסט, אַז אויב עמעצער פֿון די טעראָריסטן פרוּווט אַנטלויפֿן, דאַרף דער טאַטע אים פֿאַרהאַלטן, און אויב יענער פֿאָלגט נישט, דאַרף דער טאַטע שיסן אויף אים, מיט די קוילן, וואָס ער לאָדט איצט אָן דעם מאַגאַזין. מיט דעם גלאַנציקן שפיץ גייט די קויל אַריַיַן אינעם לייב פֿון דעם אַראַבער און מאַכט אים אומשעדלעך. רוני האָט מיר אַ מאָל געזאָגט, אַז ער האָט פֿיַיַנט מלחמות. ווען כ'האָב אים געפֿרעגט, צי ער וויל נישט זיַיַן קיין זעלנער פֿון צה"ל, האָט ער אַ וויַיַלע געשוויגן, דערנאָך האָט ער שטיל געענטפֿערט, אַז אין מיליטער דאַרף יעדער גיין. מיַיַן פֿאַנטאַזיע איז שוין צו וויַיַט אַוועק פֿון דער קינדערישער סביבה. כ'קען זיך שוין נישט פֿאָרשטעלן, ווי אַזוי רוני און זיַיַנע חברים אין שול באַהאַנדלען ענינים פֿון דערוואַקסענע. פֿרעגן צו פֿיל – האָט נישט קיין זין. די קליינע חברה-ליַיַט באַהאַלטן פֿון אונז מער, ווי מיר שטעלן זיך פאָר. אויך מיר האָבן עס געטאָן, אָבער מיר פֿאַרגעסן. רוני וועט עס אויך פֿאַרגעסן, ווען ער וועט זיַיַן דער שומר פֿון די אַראַבישע טעראָריסטן, און ער וועט האָבן אַ ביקס מיט אַ מאַגאַזין און 29 קוילן. דאָס וועט זיַיַן בסך-הכל אין 12 יאָר אַרום – גאָרנישט אַזוי לאַנג. .. אָבער איך האָב געקוקט אויף אַלאַנען, דעם סאָלדאַט פֿון דער ייִדישער אַרמיי. כ'האָב געזען זיַיַן כאַקי-מונדיר, זיַיַן ביקס, און אַ רגע האָב איך אים מקנא געווען: מיר איז קיין מאָל נישט באַשערט געווען צו שפּירן דעם טעם. אין איין רגע האָב איך באַוווּסטזיניקט די עקסיסטענץ פֿון זעלבשטענדיקיַיַט, כ'האָב זיך דערמאָנט מיַיַן ברודער ישראל ווי אַ זעלנער אין דער פוילישע אַרמיי, ווען מ'האָט אים מאָביליזירט, האָט מיַיַן מאַמע געוויינט, און ווען ער האָט זיך געזעגנט פֿאַרן אַוועקגיין אין די קאָשאַרן, האָט אויך דער טאַטע שוין נישט געקענט זיך באַהערשן און געכליפּעט. מיַיַן ברודער ישראל האָט געדינט אין 36סטן פיעכאָטע-פּולק אין פראַגע. דאָרט איז ער אַדורך די ערשטע איבונגען. מיַיַן גוטע מאַמע פֿלעגט אים ברענגען אַהין געקאָכטע כשרע מאכלים אין טעפּעלעך – איך ווייס נישט, צי עס זענען געווען אַ סך ייִדישע מאמעס, וואָס האָבן עס געטאָן, גאַנץ מעגלעך, אַז זי איז נישט געווען די איינציקע. איך געדענק דעם פּוילישן אָדלער אויף זיַיַן זעלנערישן היטל. מיר, די קלענער ברידער פֿון ישראלן, האָבן נישט ליב געהאַט דעם פּוילישן אָדלער. פֿאַר אונדז איז ער געווען אַ רויבפֿויגל. די שקצימלעך, וואָס האָבן אונדז געשלאָגן, פֿלעגן אים קושן. צווישן מיַיַן ברודער ישראל, וועמען די דיַיַטשן האָבן אומגעבראַכט אין אוישוויץ, און מיַיַן איידעם אַלאַן, וואָס האַלט די שמירה איבער אַראַבישע קינדער-מערדער, ליגט דער אומקום פֿון זעקס מיליאָן ייִדן. צווישן זיי איז דער מהלך ביז דער ייִדישער מדינה, ביז דער אייגענער ביקס מיט די קוילן אין מאַגאַזין. ער דערציילט זייער ווייניק וועגן זיַיַן וואַך און וועגן יענע וואָס זיצן הינטער די קראַטן. ער האָט בלויז געזאָגט, אַז זיי זענען ענלעך צו רויב-חיות אין אַ שטייג, אָבער מע דערקענט אויף אים, אַז ער גיט זיך אָפ אַ חשבון וועגן זיַיַן אַחריות. דאָס איז דאָס ריכטיקע וואָרט. נישט קיין דעקלאַמאַטאָרישע ליבשאַפֿט צום אייגענעם פֿאָלק און שנאה צו די אַראַבער. מע דאַרף צו היטן, אַז די ווילד-געוואָרענע מענטשן, זאָלן זיך נישט אַרויסריַיַסן אויף דער פֿריַיַ און ווידער טאָן דאָס, וואָס זיי האָבן שוין געטאָן, דאָס מאָל זענען אין סכנה אויך די אייגענע קינדער, גלי און רוני, אַלאַן איז פֿאַראַנטוואָרטלעך.
דעם 20סטן נאָוועמבער. ווידער געשריבן עטלעכע בריוו קיין אויסלאַנד – צו פֿריַיַנד אין אַמעריקע און אין פֿראַנקריַיַך. די קאָרעספּאָנדענץ איז כמעט דער איינציקער קאָנטאַקט מיט די געבליבענע נאָענטע מענטשן. באַקאַנטע זענען נאָך פֿאַראַן אין ישראל אַ סך, אָבער פֿריַיַנד – ווייניק. אויך אין אויסלאַנד זענען זיי שיטערער געוואָרן. אָבער עס זענען נאָך פֿאַראַן דאָרט גוטע-פֿריַיַנד, וואָס פֿאַרבעטן מיך צו זיך. זיי שריַיַבן, אַז כ'זאָל מיטפֿאָרן מיט הדסהן אין עטלעכע חדשים אַרום ווען זי וועט אַרויס אויף איר טורניי איבער אַמעריקע. איך האָב אָבער נישט קיין חשק צו טוען דאָס איצט. איך דאַרף איצט די שטילקיַיַט און די אַטמאָספֿער, וואָס איז מיר נייטיק אַז כ'זאָל אין שטאַנד זיַיַן עפעס אָנצושריַיַבן. און אַז איך זאָל קענען שריַיַבן, מוז איך זיַיַן דער גאַנצער באַלעבאָס איבער דער שטוב. דאָס קען מיר קיין שום פֿריַיַנד נישט געבן. אפשר איז דאָס נישט ווילן זיך אַרויסריַיַסן פֿון שטוב אַ סימן אויך פֿון אַלט ווערן, פֿון פֿאַרלירן די ניַיַגעריקיַיַט. כ'ווייס, אַז אין דער וועלט זענען נאָך פֿאַראַן פֿאַר מיר אַ סך אומגעריכטקיַיַטן און שיינקיַיַט, אָבער ביז פֿאַרלויבטקיַיַט וועט עס שוין נישט דערגיין. איז דערפאַר שוין בעסער צו זיצן אין דער היים און וואַנדערן מיטן כוח פֿונעם זכרון איבער די באַקאַנטע ווינקעלעך און פנימער, וואָס כ'האָב אַ מאָל ליב געהאַט און איך האָב זיי נאָך ליב ביז איצט. איך וועל שוין באַלד ווידער פֿאָרן קיין באָראָוויכע, צום צווייטן מאָל. דאָס מאָל וועט עס זיַיַן נישט אין פֿרילינג, ווען די סאָסנעס לאָזן אַרויס זייערע ריחות און זייערע צוויַיַגן פאַרלענגערן זיך מיט העל-גרינע פֿינגער. די געזעלשאַפֿט וועט דאָרט שוין נישט זיַיַן אַזאַ יונגע און טומלדיקע ווי מיט אָנדערהאַלבן יאָר צוריק. יענע געסט זענען שוין כמעט אַלע אין פּוילן. זיי זענען שוין אַריַיַן אין דער וואָכעדיקער אַרבעט פֿון בויען דאָס "נייע פוילן" פֿאַר מיר איז דאָס איצט ווי געוווּנטשן. איך וועל דאָרט פּרוּוון ענדיקן די פּאָעמע. איך דאַרף דעריבער נישט קיין אָפֿענע פֿענצטער, נישט קיין בליִענדיקע סאָסנעס, און אַוודאי נישט – קיין געזעלשאַפֿט.
מיַיַן צווייטער באַזוך אין באָראָוויכע זעט איצט אויס ווי אַ נעפּלדיקער פֿלעק. נישט ווי נאָך יענעם פֿרילינג – אַז נאָך אים נישט געבליבן קיין איין פֿריידיקער סימן. כ'בין צוריקגעקומען פֿון דאָרט אין מיַיַן צימער אויף קיראָוואַ אין מאָסקווע, און באַלד אַריַיַן אין דער אַרבעט איבער דער פּאָעמע: ענדיקן, אויסבעסערן, קירצן. אַלץ איינס בין איך נישט געווען צופֿרידן. כ'האָב געפֿילט, אַז אַ סך קאַפּיטלעך זענען אַרויס "אויסגעמאַטערט", ווי געשריבן מיט אָנשטרענג. אַפילו די בעסערע טיילן האָבן מיר אויך אויסגעזען ווי אָנגעשטעקט פֿון די אָנגעצויגענע, די "באַשטעלטע". שטילערהייט פֿאַר זיך אַליין, האָב איך געטראַכט און זיך פֿאָרגעוואָרפֿן, אַז איך שריַיַב שוין אין סאָוויעטישן נוסח, אַז כ'בין עפּעס אויסן – און די כוונות זענען נישט קיין כשרע.
כדי צו באַרויִקן זיך און אָננעמען זיך מיט זיכערקיַיַט איבער דער געראָטנקיַיַט פֿון דעם ווערק, האָב איך אָנגעהויבן פֿרעגן מיינונגען ביַיַ די מבינים אין מאָסקווע. כ'האָב די פּאָעמע געגעבן צו לייענען עטלעכע פֿון די חשובע ייִדישע שריַיַבערס. פֿאַר אַנדערע פֿון זיי האָב איך אַליין געלייענט פֿראַגמענטן. בדרך כלל האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף גאָר ווייניק נעגאַטיווע באַמערקונגען. אַזעלכע זענען געווען אין די אַרויסזאָגן פֿון נח לוריע און י. דאָברושין, אָבער אויך זיי האָבן געהאַט לויבווערטער פֿאַר אַ ריי קאַפיטלעך. לייב קוויטקאָ און שמואל האַלקין האָבן געשאָטן מיט שבחים אויף דער פּאָעמע און גאָרנישט געהאַט וואָס אויסצוזעצן קעגן איר. קוויטקאָ איז אַפילו אַריַיַנגעפֿאלן אין התפעלות און אָנגעהויבן רעדן וועגן מיר, ווי וועגן דעם ממשיך פֿון פרצעס נוסח. גוט און פֿיַיַן, אָבער פֿון די לויבעריַיַען בין איך נאָך אַלץ נישט געוואָרן איבערגעציַיַגט. איך פֿלעג אַהיימגיין פֿון די באַגעגענישן מיט די חברים, איבער די געפֿרוירענע מאָסקווער גאַסן, מיט אַ געפֿיל ווי כ'וואָלט אָפּגענאַרט יענעם און זיך. מיר איז אַפילו איַיַנגעפאַלן צו לאָזן ליגן די פּאָעמע, נישט פֿאַרנעמען זיך מיט איר אַ ציַיַט, און שפּעטער גרינטלעך זי באַאַרבעטן, און אויב כ'וועל אויך דעמאָלט נישט זיַיַן צופֿרידן – אין גאַנצן רעזיגנירן פֿון איר. אָבער דעמאָלט, אין יענע יאָרן, איז ביַיַ מיר נאָך שטאַרק געווען דער יצר פֿון שריַיַבן און דרוקן, פֿון אַרויסגעבן ביכער. אַזאַ חשק צום שריַיַבן, ווי דעמאָלט אין מאָסקווע, האָב איך געהאָט בלויז עטלעכע מאָל אין מיַיַן לעבן. נישט די לעצטע ראָלע האָט אויך געשפּילט די מאַטעריעלע זיַיַט. כ'האָב זיך גענייטיקט אין אָנגעזעענע סומעס געלט, כדי צו קענען איַיַנצאָלן די קוראַציע-קאָסטן פֿאַר גאָלדען, נישט שטענדיק האָב איך דאָס באַקומען פֿון "ליטפֿאָנד". מיַיַנע האָנאָראַרן , סיַיַ פֿון די ליטעראַרישע אַרבעטן, סיַיַ פֿון די טעכנישע, ווי למשל, די איבערזעצונגען פֿון רוסיש, וואָס כ'האָב געמאַכט פֿאַרן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, זענען דער עיקר אַוועק אויף גאָלדעס היילונג. די סאָוויעטיש-ייִדישע שריַיַבערס האָבן מיר אַ סך געהאָלפֿן ביַיַם באַקומען אָנגעזעענע סומעס פֿון פֿאַרשיידענע פֿאָנדן, אָבער אָפֿט האָט מען פֿאַר דער קוראַציע אַליין געדארפֿט צאָלן. און אפילו פֿאַר אייגן געלט איז נישט ליַיַכט געווען צו קריגן אַ "פוטיאָווקע" אין אַ קרימער סאַנאַטאָריע, אויך דערצו האָט מען געדאַרפֿט די אינטערווענצן פֿון מאַרקיש, פֿעפֿער און קוויטקאָ. אין די ווינטער-חדשים 1946-47 האָב איך געמוזט אָנווענדן אַ סך ענערגיע, אַז מיַיַן ניַיַע פאָעמע "דער וועג אויף וואַרשע" זאָל אַריַיַן אין פלאַן פֿונעם עמעס-פֿאַרלאַג פֿאַרן יאָר 1947, כדי איך זאָל קענען באַקומען אַ טייל פֿונעם האָנאָראַר אויפֿן חשבון. די פֿאַרוואַלטונג פֿונעם פֿאַרלאַג האָט געהאַט צו מיר אַ ספעציעל גוטע באַציִונג. מ'האָט געוווּסט מיַיַן סיטואַציע, און ביַיַ די גרעסטע שוועריקיַיַטן אין בודזשעט, האָט דער פֿאַרלאַג אַלץ געטאָן, אַז איך זאָל באַקומען די ראַטעס פֿון מיַיַן האָנאָראַר פֿריִער פֿון אַנדערע, אַפילו פֿון די אָנגעזעענסטע סאָוויעטישע מחברים. אַ דאַנק די אָנפֿירערס פֿונעם פֿאַרלאַג "דער עמעס", סטראָנגין און פֿרומקין, האָב איך פֿון קיין מאַטעריעלער נויט אין מאָסקווע נישט געליטן. דאָס בוך איז אַריַיַן אין פלאַן און אַוועק אין זאַץ. איך האָב עס נישט באַוויזן צו זען אָפּגעדרוקט און איַיַנגעבונדן איידער כ'בין פֿון מאָסקווע אַוועקגעפֿאָרן. מיַיַן פאָעמע איז געווען איינס פֿון די ביכער, וואָס זענען אַרויס אין פֿאַרלאַג "עמעס" גאָר נאָענט איידער מ'האָט אים פֿאַרמאַכט. זומער 1948, בעת כ'בין געקומען צו דער קולטור-קאָנפֿערענץ אין פאַריז, האָב איך דאָרט שוין געפֿונען אַ 50 עקזעמפלאַרן פֿון דעם בוך אין דער "ניַיַע פרעסע", אַ צאָל ביכער איז אויך אָנגעקומען שפעטער קיין וואַרשע. איך בין זיך מודה, אַז די אָ פאָעמע האָט מיך קיין מאָל נישט זייער געוואַרעמט. ווייניק מענטשן ווייסן, אַז כ'האָב נישט אויסגעקוקט מע זאָל שריַיַבן וועגן איר – כאָטש אין פֿאַרלאַג "ייִדיש בוך" האָט מען אַרויסגעגעבן אַ צווייטע אויפֿלאַגע פֿון דעם בוך. נאָך עטלעכע ווערטער, וויל איך צוגעבן דאָ, ביַיַ דער געלעגנהיַיַט, וועגן מיַיַן שריַיַבערישער טעטיקיַיַט אין מאָסקווע. ווען כ'האָב אָפגעגעבן אין פֿאַרלאַג "דער עמעס" מיַיַן זאַמלונג "די ערד האָט געציטערט" – לידער וועגן חורבן, געשריבן אין אַלמאַ-אַטאַ און אין מאָסקווע, האָב איך אויך געהאַט אָנגעשריבן אַ ריי ליבעלידער. עטלעכע פֿון זיי האָב איך באַוויזן צו לייענען פאַר גאָלדען, איידער זי איז געפאָרן קיין קרים. די צווייטע, פֿאַר וועמען איך האָב די ליבעלידער, כמעט אַלע איברגעליינט, איז געווען רחל בוימוואָל. זי האָט זיך צעבייזערט אויף מיר, פֿאַר וואָס איך האָב די לידער נישט אַריַיַנגעגעבן אין דער זאַמלונג. זיי זענען אַרויס אין אַ באַזונדער בוך שוין אין וואַרשע, צואַמען מיט נאָך אַ ציקל נאָסטאַלגישע לידער, אונטערן נאָמען "אַ פֿרילינג אין פּוילן". אויסגעמאַטערט און אויסגעדאַרט ווי כ'בין דעמאָלט געווען, מיט אַ הוסט, וואָס האָט קיין גוטס נישט אָנגעזאָגט – בין איך פֿול געווען מיט ענערגיע, וואָס האָט געקענט סטייען פֿאַר אַנדערע דריַיַ. כ'בין אַלט געווען ניַיַן און דריַיַסיק יאָר. כ'האָב געוואָלט איַיַננעמען די וועלט. און נישט וויסנדיק, נישט פֿילנדיק, האָב איך באַזיַיַטיקט שטערונגען פֿונעם וועג. זייער אָפֿט האָב איך מיט דעם וויי געטאָן. מיינסטנס זענען דאָס געווען יונגע פֿרויען. כ'בין געווען אַזוי איַיַנגעגלייבט אין זיך און אין מיַיַנע ספעציעלע רעכט, אַז כ'האָב קיין געוויסן-ביסן כמעט נישט געפֿילט. געקומען איז דאָס מיט יאָרן שפעטער, צוזאַמען מיטן אַלגעמיינעם חשבון-הנפש. ווען ער האָט אויפֿגעהערט צו שטימען בנוגע צום כלל, האָט ער אויך אויפֿגעהערט צו שטימען לגבי דעם פרט. אָבער צו פֿאַרריכטן די עוולות איז שוין געווען שפּעט. במילא, איז דאָס אַלץ געבליבן הענגען – אין וואַרט אויפֿן משפט פֿונעם בית דין של מעלה. דוכט זיך, אַז אַ גרויסן טייל פֿון דער שטראָף קום איך אָפּ נאָך אויף דער וועלט. זאָל דאָס מיר נאָר פֿאַרעכנט ווערן!
דעם 22סטן נאָוועמבער. פֿאַראַן בעלי תשובה, וואָס שלאָגן זיך "על חטא" פֿאַר אַלטע זינד און אין דער זעלבער ציַיַט באַגייען זיי ניַיַע. דאָס אינטערעסאַנטסטע דערביַיַ, אַז די ניַיַע עברות זענען פֿונעם זעלבן כאַראַקטער ווי די אַלטע, די אַמאָליקע. פֿון דעם נאָר וואָס געזאָגטן דרינגט אַרויס, אַז איך גלייב נישט שטאַרק אין די תשובה – טוערס. אני האיש – איך מיין איצט טאַקע זיך אַליין. אַ גרויסער טייל פֿון מיַיַן איצטיקן חיבור איז פֿול מיט חרטה, מיט נשמה-ווייטיק, פֿאַר די באגאַנגענע מעשים, דער עיקר אין די ענינים שבין אדם לחברו. אָבער צי איז איצט מיַיַן באַציִונג צו מענטשן פֿריַיַ פֿון עוולות, צי באַגיי איך נישט ווידער די זעלבע פֿעלערן, אויב אַפילו אין אַ קלענערן פֿאַרנעם? תשובה, אַ גרויסער טייל פֿון איר, איז אַ מין באַדויער פון נאָסטאַלגישן כאַראַקטער. דער מענטש בענקט נאָך זיַיַן פֿארגאַנגענהיַיַט, און ער באַדויערט פֿאר וואָס ער האָט זי נישט געהאַלטן אין גאַנצן ריין, פֿאַר וואָס ער האָט זי פֿאַרפֿלעקט מיט נישט קיין שיינע מעשים. ער שלעפּט אַרויס פֿאַרגאַנגענע יאָרן, אַלטע בריוו. אויך די חטאים דערמאָנען אים די שיינקיַיַטן, אַפילו די בושה פֿאַרשאַפֿט אים הנאה; דאָס איז דאָך אַ טייל דערפֿון. נאָך גוט וואָס עס איז מער נישטאָ קייין מעגלעכקיַיַט אַזוי פֿיל און אַזוי שטאַרק צו זינדיקן. אויף דער עלטער איז גרינג צו זיַיַן אַ בעל-תשובה. כ'האָב זיך קיין מאָל נישט פֿאָרגעשטעלט, אַז אַזוי וועט דאָס זיַיַן אויך מיט מיר. כ'מוז דאָ אויפֿשריַיַבן דעם ביטערן אמת, אז די אַנטוישונג און דער טרויער זענען וויכטיקע באַשטאַנדטיילן פֿון יענער רו, וואָס עס גיט די עלטער. מ'איז שוין מער נישט אויסגעשטעלט אויף קיין נסיונות. גאָט שיקט נישט צו אַזעלכע זיַיַן באַהעלפֿער, דעם שטן. אין דער גאָרער וועלט זענען איצט דווקא אין דער מאָדע יונגע בעלי-תשובה. מיט עטלעכע טעג צוריק האָב איך געזען אַ פֿילם מיט אַזעלכע חוזרים בתשובה ביַיַ אונדז אין לאַנד: ישיבות, אָפֿענע גמרות, פלפול, בערד-און-פיאות, אַראָפּגעלאָזטע אויגן, שאַרפֿע תנועות. דעם פֿילם האָט מען געמאַכט מאָדערן – מיט דיסקוסיעס פֿון פסיכאָלאָגן צום סוף, מיט זוכן די סיבות פֿון אַזאַ דערשיַיַנונג. די הויפּט-סיבה האָט מען פֿאַרגעסן: די באַנקראָט פֿונעם גלויבן אינעם מענטשן. אין אונדזער ציַיַט איז נישטאָ שוין אויף וואָס צו ביַיַטן. מע מוז אַנטלויפֿן צום אַבסטראַקט, צו אהבת המקום. דאָס איז דאָך די איינציקע אמונה, וואָס ס'איז אוממעגלעך אָפּצופֿרעגן. דאָס וואָס איך, און אַנדערע אַזעלכע ווי איך, לעבן איבער, איז וויַיַט פֿון דעם. מיר האָבן פאַרלוירן דעם גלויבן אין זיך, און מיר קענען דאָס נישט פֿאַרביַיַטן מיט אמונה אין אַ העכערער קראַפֿט. פֿאַר אונדזער פֿאַרלוירענעם גלויבן אין זיך איז נישטאָ קיין שום תחליף. אונדזער תשובה איז חרטה.יעדע עוולה קעגן יענעם איז געווען אַ חטא קעגן זיך אַליין. אין אַזאַ מין חרטה איז נישטאָ צו וועמען צו אַנטלויפֿן. נישטאָ אַזאַ גאָט, וואָס זאָל קענען אויף אַזעלכע חטאים מכפר זיַיַן. אין דער אונטערשטער שורה איז סיַיַ דאָס זינדיקן, סיַיַ דאָס תשובה-טאָן אַ סימן פֿון שוואַכקיַיַט. דאָס ערשטע איז דער איַיַנברוך אין כאַראַקטער, דאָס צווייטע – אַ פלאַסטער דאָס צו פֿאַרשטעלן. מענטשן, וואָס זענען שטאַרקער אין וועטער ווי אין מעשים, זענען מער אויסגעשטעלט אויף דער שוואַכקיַיַט. כ'בין פֿול מיט נישט- קאָנסעקווענטקיַיַטן און סתירות, ווי אַ מילגרוים מיט קערנער. מיַיַנע פֿריַיַנד, אַפילו די נאָענטסטע, ווייסן נישט ווי אָפֿט איך ביַיַט די איבערציַיַגונגען. ריכטיק וועט זיַיַן צו זאָגן, אַז כ'בין אין גאָרנישט נישט איבערציַיַגט, אין קיין שום זאַך נישט זיכער. כ'האָב זיך גענומען דעם היתר צו מאַכן וויַיַטגייענדיקע פערזענלעכע דיגרעסיעס. אַלץ אין דעם בוך איז געשריבן ספאָנטאַן, פֿון דער האַנט אַוועק. כ'האָב מורא, אַז צוליב דעם אופֿן פֿון שריַיַבן, וועלן אין דעם בוך אַריַיַנפֿאַלן נאָכלעסיקיַיַטן און איבערחזרונגען, און אַזוי וועט עס שוין בליַיַבן ביז די ווערטער וועלן קומען צו דער שיַיַן פֿון פֿרעמדע אויגן. קיין שום כללים זענען מער נישט גילטיק. איך וואַרף זיך נישט אונטער קיין שום זשאַנער. איך מוז אַזוי זיך פֿירן, אויב איך וויל ווי צום נאָענטסטן דערגיין צום אמת. לחלוטין דערגיי איך סיַיַ ווי נישט. איר מעכט מיר גלייבן. איך אַליין האָב פאַרשלאָסן דאָס בוך מיט אַ שלאָס, וואָס כ'וועל נישט קענען אַראָפנעמען. דער שלאָס איז – די בושה. איך האָב דאָס געשריבן אַזוי, אז כ'זאָל זיך שעמען צו וויַיַזן עס פֿאַר מענטשן. וואָס וועט מען אַלץ נישט זאָגן? מעגאַלאָמאַניע, צביעות, סענטימענטאַליזם. ווען די לייענערס פֿון דעם טאָגבוך וואָלטן נאָך געוווּסט, וואָס כ'האָב נישט דערזאָגט נישט דערשריבן, וויַיַל כ'האָב רחמנות געהאַט אויף זיך און אויך אויפֿן פּערסאָנאַזש!? אין אַ סך פֿון מיַיַנע לידער בין איך אַרויסגעקומען ווי אַ וועלט-פֿאַרבעסערער, אַ מוסר-זאָגער, שיר נישט ווי אַ נביא. גוט, וואָס די ציַיַט האָט אַ סך פֿון זיי אָפגעפֿרעגט. דער אמת איז קיין מאָל נישטאָ אין די פרעדיקטן און אויך דער נביא גייט אַ מאָל צו אַ זונה. גאָט אַליין שיקט אים צו איר. בלויז אין תנך האָט מען זיך מיט דעם נישט געשעמט. איך שעם זיך יאָ. אַ סימן – אַז כ'בין נאָך וויַיַט פֿון דעם אמת, נאָך אַלץ וויַיַט. כ'בין נאָך נישט גרייט צו וויַיַזן זיך מיט דעם פֿאַר מענטשן. איז פֿאַר וואָס טו איך דאָס? פֿאַר וואָס גיב איך איצט אָפּ מיַיַנע טעג אויף דעם? צי איז דערין נישטאָ אַ פאַרשטעלטע כוונה פֿון אויספֿיַיַנערן זיך? און אפשר איז דאָס נאָך אַ מיטל אַזאַ צו גרייכן מיט אַן אַנדערן וועג צום רום – די אילוזאָרישע אייביקיַיַט פֿון יעדן שריַיַבער? אויב איך אַליין כאַפּ זיך ביַיַ דער האַנט – איז אויך גוט. בעסער, אַז איך אַליין זאָל דערציילן וויפֿל איך קען. און וויפֿל מע וועט וועלן, זאָל מען גלייבן. די מבינים וועלן וויסן ווי אַזוי צו לייענען, און ווי אַזוי צו גלייבן...
דעם 23סטן נאָוועמבער. ווען מען איז יונג, טראַכט מען זייער ווייניק וועגן דעם באַזונדערן מעמד פֿון די מענטשן, וואָס עלטערן זיך. אויב דאָס זענען גאָר נאָענטע - אַ טאַטע, אַ מאַמע – באַאומרויקן זיי זיך בעיקר מיט זייער אָפּגעשוואַכטן געזונט. די אויסערלעכע ענדערונגען קומען פֿאָר פּאַמעלעך און מע דערזעט זיי מיט אַ מאָל, און אַ סך שפּעטער. די קינדער ווערן אַריַיַנגעבויגן אין זייער שטאַרקסטער אַקטיוויטעט דווקא דעמאָלט ווען טאַטע-מאַמע ווערן אַלט – און ס'איז פֿאַראַן ווייניק ציַיַט צו פאַרנעמען זיך מיט זיי. אויך איך בין נישט געווען קיין אויסנאַם. די יונגע יאָרן האָבן מיך אַרויסגעשלעפּט פֿון שטוב און פֿון דער דאָרטיקער שטילקיַיַט. אין דרויסן איז אַלץ געווען אינטערעסאַנט און צוזאָגנדיק. וועגן וואָס האָב איך געהאַט צו שמועסן מיט טאַטע-מאַמע? און ווען? זיי פֿלעגן קומען מידע פֿון דער שפּיַיַז-קראָם און אַוועקפֿאַלן אויף דער סאָפֿע אָדער אויפֿן בעטל אין קיך. ווען איך בין אַהיימגעקומען שפּעט ביַיַ נאַכט פֿון ליטעראַטן-פֿאַראיין אָדער פֿון די באַגעגענישן מיט די חברים, זענען זיי שוין געשלאָפֿן. זיי האָבן געדאַרפֿט אויפֿשטיין פֿאַר טאָג. פֿון דעסטוועגן האָט דאָס אַלט ווערן פֿון די עלטערן, דער עיקר פֿון דעם טאַטן, מיך געמאַטערט אין מיַיַן יוגנט, און אַפילו נאָך פֿריִער, אין די קינדער יאָרן. ווען כ'בין אַלט געווען פֿינף יאָר איז דער טאַטע איין מאָל אַריַיַנגעקומען אין שטוב אַ פֿאַרמאַטערטער – מיר האָבן דעמאָלט געוווינט אויפֿן פֿינפֿטן שטאָק – און אַ זאָג געטאָן צו דער מאַמען:"איך בין שוין אַ זקן. איך ווער היַיַנט אַלט פֿופֿציק יאָר". ביַיַ אונדז האָט זיך נישט געפֿירט מע זאָל פּראַווען געבוירן-טעג, אַפילו פֿון קיַיַלעכיקע דאַטעס. אין יענעם טאָג האָט די מאַמע נישט געבאַקן קיין טאָרט און נישט געקאָכט קיין ספעציעלע מטעמים אויף מיטאָג, אָבער דעם טאַטנס זאָג איז מיר אַריַיַן אין זכרון. כ'האָב אָפֿטער גענומען איַיַנקוקן זיך אין די קנייטשן אויף זיַיַן פנים, דער עיקר – אויף זיַיַן הויכן שטערן. די מאַמע האָט קיין מאָל אַזעלכע קנייטשן נישט געהאַט – זי איז געווען ייִנגער פֿונעם טאַטן מיט צוועלף יאָר, אָבער נישט בלויז דעמאָלט, נאָר אַפילו ווען זי איז געוואָרן פֿופֿציק יאָר. זי האָט תמיד געהאַט אַ וויַיַס, גלאַט פנים. דער טאַטע האָט געהאַט אַ פֿעטערע הויט, וואָס האָט זיך געקנייטשט אין פֿאַלדן. אין אַ פֿופֿצן יאָר שפּעטער, ווען דער טאַטע איז שוין געווען אין די זעכציקער, אין מיטן אַ וואָכעדיקן טאָג, אין אַ זונטיק מסתמא, ווען די קראָם איז געווען פֿאַרמאַכט איז ער געלעגן אויף דער סאָפֿע און געשלאָפֿן. פלוצלינג האָט אַ מחשבה אין מיר אַ קלאַפּ געטאָן: וווּ וועט ער, דער טאַטע, זיַיַן אין צען, אין פֿופֿצן יאָר אַרום? וואָס וועט זיַיַן מיט אים? מיר איז שווער געווען זיך פֿאָרצושטעלן די שטוב אָן אים. וואָס האָט מיך היַיַנט אַראָפגעבראַכט אויף אַזעלכע מחשבות און זכרונות? מיַיַן טאָכטער דינה. נעכטן, ווען זי האָט גערעדט מיט מיר דורכן טעלעפֿאָן, האָט זי מיר אַ זאָג געטאָן: "כ'האָב ליב צו הערן דיַיַן קול. איך פֿריי זיך, אַז דו פֿילסט זיך גוט. איך קלער אַ סך וועגן דיר". מיַיַן טיַיַער מיידעלע, איך ווייס וואָס איר מאַטערט. זי זעט מיַיַן אַלט-ווערן, כאָטש קיין אויסערלעכע, שנעלע ענדערונגען קומען נישט פֿאָר אין מיר. זי טראַכט וועגן מיר דאָס זעלבע, וואָס איך האָב געטראַכט וועגן מיַיַן טאַטן מיט פֿופֿציק יאָר צוריק, און אפשר טראַכט זי נאָך מער. איך האָב געהאַט אַ טאַטן, אַ מאַמען , ברידער, אַ שוועסטער – און זי איז אַן איינציקע. איך אַליין האָב זיך צוגעוויינט צום עלטער ווערן, פונקט ווי צו מיַיַנע מחלות. איך טראַכט מער וועגן דעם פֿון זינט מיַיַן ברודערס נחמנס טויט. ווען מיַיַן טאַטע איז געשטאָרבן האָב איך געהאַט אַ געפֿיל ווי מיַיַן נאָענטע שוצליניע וואָלט געוואָרן איַיַנגעבראָכן און כ'בין געבליבן אָפגעדעקט, ווען דער לעצטער פֿון מיַיַנע ברידער איז אַוועק, בין איך באמת געבליבן אַליין. הדסה טריַיַבט פֿון מיר די שלעכטע מחשבות. זי זשרייט (ע"מ 181, שורה 12 מלמעלה) אַז כ'בין יונג. און איך דערמאָן זיך אין יענער יונגער פֿרוי פֿון דער אגדה, וואָס פֿלעגט אויסציפן די גראָע האָר פֿון איר אַלטן מאַן. זי ברענגט מיר פֿאַר די אויגן די אייניקלעך – די גרינע צווייגעלעך אויפֿן אַלטן בוים. זי טראַכט, אַז דאָס וועט מיר ליַיַכטער מאַכן. מסתמא פֿלעגט אויך מיַיַן טאַטן פֿריילעכער ווערן ווען ער האָט געקוקט אויף זיַיַנע אייניקלעך. אָבער איך מוז זיך מודה זיַיַן, אַז מיַיַן פאַסיע צו פֿאַרשענערן זיך דאָס לעבן מיט ווערטער און בילדער איז נאָך אַזוי שטאַרק, אַז אָפֿט אַנטלויף איך פֿון די קליינע קינדער-הענטלעך צו מיַיַן איינזאַמקיַיַט ביַיַם שריַיַבטיש. [און כ'בין נישט צופרידן אַז זיי שטערן מיר.] איך גיב זיך אָפּ אַ חשבון וועגן דעם. און דאָס טאַקע האָב איך, צווישן אַנדערן, געמיינט, ווען כ'האָב אויבן געשריבן, אַז איך באַגיי איצט די זעלבע פֿעלערן פֿון אַ מאָל. [אויף וועלכע איך בעט איצט מחילה. כ'האָב נישט ליב אַז מע שטערט מיר, אפילו ווען דאָס טוען גלי און רוני.] וואָס איז דאָס פֿאַר אַ פֿאַרכישופֿטער קריַיַז? וועמען האָב איך פֿאַרקויפֿט מיַיַן נשמה? און וואָס וועל איך באַקומען דערפֿאַר? אפשר איז דאָס טאַקע אַ סגולה צו לעבן לענגער – אויך אויף דער וועלט? ווער ווייסט, צי דאָס איז כדאַי, צי איז נישט בעסער אַרויסצוגיין מיט די אייניקלעך און פֿירן זיי אויף פֿאַרוויילונגען, אין קינאָס, אין צירק, אין לונאַפאַרק, הערן ווי זיי לאַכן און שריַיַען, און מיטפֿרייען זיך מיט זיי, און פֿאַרגעסן, לעבן מיט דער ציַיַט, וואָס קומט אָן, און נישט מיט די טעג, וואָס וועלקן – און נאַרן זיך, אָפנאַרן זיך. אָבער... די יסורים זענען פֿאָרט אַזעלכע, אַז זיי גייען כסדר געפאָרט מיטן פֿאַרגעניגן פֿון דערהויבנקיַיַט. אַ טייל פֿון מיַיַן שכר באַקום איך אויך אויף דער וועלט. און וועגן עולם-הבא רעדט מען דאָך נישט, וועגן דעם איז שיין צו שוויַיַגן. טראַכטן – טראַכטן מסתמא אַלע, אַפילו די קליינע קינדער, און אַלע זענען מיר מוחל דעם וואָלקן אויף מיַיַן פנים. די ליבע און נאָענטע ווייסן, אַז הינטער דעם וואָלקן איז פֿאַראַן די זון, אַ סך מאָל – אין מיטן פֿון אַ רעגן.
24סטן נאָוועמבער. שוין חדשים ווי כ'גיב אָפ אַ טייל פֿון מיַיַנע היַיַנטיקע טעג פֿאַר די פֿאַרגאַנגענע יאָרן. דאָס איז ווי אַ שטייער פֿאַר מיַיַן פֿאַרגאַנגענהיַיַט , אַ מעשר פֿון מיַיַן רויִקערער, מער גליקלעכער קעגנוואַרט. פודן אומעט האָב איך אַוועקגעלייגט אויף דער נשמה, אַלע פֿאַרדרוסן האָב איך אויפֿגעוועקט. כ'האָב נאָך אַ מאָל אַריַיַנגעשטאָכן די ווייטיקן אין מיַיַנע פֿילעוודיקסטע ערטער – אַלץ כדי ווידער אויפֿצולעבן יענע טעג און פֿאַרסמען זיך די איצטיקע שעהען. יעדעס מאָל גיי איך אַרויס אַ געליַיַטערטער. [ווי נאָך אַן אָפּגעקומענער שטראָף. דאָס פֿאַרקלעמטע האַרץ גייט אָפּ, די נאַסע וויעס טריקענען, און באַלד וויל איך כאַפן אַ קלאָרערן בליק אויף שפעטער]. צי ווער איך ראוי אויף עפעס בעסערס און ניַיַס? וואָס זאָגן מיר צו די קומענדיקע טעג? וואָס וועט געשען מיט מיר, ווען כ'וויל פֿאַרענדיקן דאָס לעצטע בלעטל פֿון מיַיַן טאָגבוך? צי וועט מיַיַן פֿעדער אָפּזוכן נאָך שיינקיַיַטן, צי וועל איך דערזען נאָך פֿאַרבאָרגענע חנען, וואָס כ'האָב ביז איצט נישט באַמערקט? נאָך יעדן ניַיַעם בוך , וואָס כ'האָב אַרויסגעגעבן אין די לעצטע יאָרן, האָבן רעצענזענטן געשריבן, אַז אין די לידער מיַיַנע איז פֿאַראַן אַ ניַיַער טאָן, אַ פֿרישער שוווּנג. אַלע מאָל ווען כ'האָב געלייענט די שבחים, האָב איך זיך באַצויגן צו זיי סקעפּטיש, און ווען כ'האָב אַפילו געגלייבט אין זייער אויפֿריכטיקיַיַט, בין איך אין דער זעלבער ציַיַט נאָך אַלץ געווען אייפֿערזיכטיק אויף מיַיַנע אַלטע, אַמאָליקע לידער. אין אַ סך פֿון זיי בין איך ביז איצט פֿאַרליבט, ווי אין מיַיַן יוגנט. און איצט? וואָס וועט וויַיַטער זיַיַן? צי וועל איך נאָך האָבן כוח גענוג אָנצוהייבן אַ ניַיַע זוכעניש אין די ווינקעלעך פֿון גאָטס גן-עדן? צי וועט זיך מיר איַיַנגעבן צו גנבענען נאָך אַ פֿרוכט פֿון דעם בוים פֿון שיינקיַיַט? איך וייס, אַזאַ בוים איז פֿאַראַן, כאָטש גאָט האָט אדמען וועגן דעם אַפילו נישט דערציילט. צו די אַנדערע ביימער – פֿון וויסן און פֿון לעבן – האָב איך מער נישט קיין חשק. מיר איז געבליבן צו בליַיַבן נאָך אין מאָסקווע די ערשטע העלפט פֿונעם יאָר 1947 – פֿון דעם ערשן ביזן זיבעטן חודש. די זיַיַטלעך וועל איך דאַרפֿן שריַיַבן מיט פֿאַרפרעסטע ליפן, ווי גאָלדע האָט געשריבן צו מיר אירע בריוו פֿון די סאַנאַטאָריעס אין אַלובקאַ און יאַלטע. דעמאָלט, אין די ווינטער-און פֿרילינג-חדשים, האָב איך געזוכט זיך צו ראַטעווען און פאַרגעסן, און כ'בין אָפֿטער געגאַנגען צו דינהלען. אין ינעם ווינטער איז זי געוואָרן פֿינף יאָר. כ'האָב שטענדיק געקוקט אויף איר נעט-אָפגעשוירענעם קעפל מיט די העלע, אומעטיקע אייגעלעך און געטראַכט וועגן איין זאַך: צי וועט זי אַ מאָל אָפּכאַפּן אין איר אַנטוויקלונג דאָס וואס זי פֿאַרלירט דאָ, צווישן די אַנדערע קינדער, אין דער סאַנאַטאָריע, מיט די גוטע, אָבער פֿרעמדע דערציערינס? נאָך מיט יאָרן פֿריִער האָט אַ דאָקטער מיר געזאָגט וועגן איר, אַז זי איז אַ קינד, וואָס דאַרף האָבן אַן אינדיווידועלע דערציִונג. איך האָב עס געוווּסט אויך אָן דעם דאָקטער, אויך גאָלדע האָט דאָס געוווּסט און וועגן דעם האָט זי אויך דערמאָנט אין די בריוו. די חברים ספֿאַרד, מאַרק און סמאָליאַר האָבן זיך שוין געהאַט אומגעקערט קיין פוילן. אין דער אונטערשטער שורה זענען זיי געווען די נאָענטסטע צו מיר פֿון אַלע ייִדישע שריַיַבערס פֿון פוילן. זיי האָבן מיר געשריבן אומעטיקע בריוו, און צווישן זייערע צעשויבערטע שורות האָב איך אַרויסגעזען די חורבות. מיך האָבן נישט פֿאַרגיטיקט די ניַיַע און פֿרעמדע נעמען פֿון די נידערשלעזישע דיַיַטשישע שטעטלעך, מיט די פֿריש-אויפֿגעקלאַפּטע ייִדישע ייִשובים. כ'האָב אויך נישט מקנא געווען מיַיַנע קאָלעגן, די פאָעטן, וואָס האָבן שוין אָנגעהויבן קוויקן זיך מיט די שיינקיַיַטן פון מערב-אייראָפּע. צו פּאַריז האָב איך דווקא געבענקט, אָבער נישט אַזוי צו אירע דענקמעלער , ווי צו די בעלווילער געסלעך, צום פּאַרק ביטשאָמאָן און צו די ביליקע האָטעלן, וואָס כ'האָב געדענקט פֿון מיַיַנע פֿאַר-מלחמהדיקע, הונגעריקע יאָרן. פּאַריז איז אַלע מאָל געווען די צווייטע שטאָט, נאָך וואַרשע, צו וועלכער כ'האָב שטענדיק געבענקט. די ז.פּ.פּ. האָט כמעט אויפֿגעהערט צו זיַיַן טעטיק. במילא, בין איך געוואָרן אַלץ מער פֿאַרבונדן מיט די סאָוויעטישע ייִדישע שריַיַבערס, מיט זייערע אינסטיטוציעס, און דער עיקר – מיטן ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. כ'האָב זיך געפֿילט גוט צווישן זיי, הגם מ'האָט מיך דאָרט נאָך אַלץ טיטולירט "דער ייִדישער דיכטער פֿון פוילן". ווען כ'האָב געלייענט די בריוו פֿון פּולין, בין איך געווען צופֿרידן, וואָס ס'האָט זיך אַזוי געמאַכט, אז כ'זאָל אַהין נישט פֿאָרן. כ'האָב זיך צוגעבונדען צו מאָסקווע און ליב געקריגן אירע בולוואַרן און פּלעצער. אַלץ מער האָב איך אָנגעהויבן בּאַגריַיַפֿן די שיינקיַיַטן פֿון דער רוסישער שפראַך און פֿאַרכלינעט געוואָרן פֿון די מיַיַסטערס אירע. אין צרות און אין ליַיַד, אין ווייטיק און פֿאַרדרוס, בין איך געוואָרן היימיש מיט דעם לאַנד און ס'האָט זיך מיר נישט געוואָלט פֿאַרביַיַטן דאָס אויף דעם אָרעמען אָפגעפֿליקטן, אויסגערויבטן און פֿאַרפּיַיַניקטן פוילן. אָבער צו פוילן, דער עיקר צו וואַרשע, האָב איך געבענקט ביז נשמה-יסורים. צו דעם לאַנד און צו דער שטאָט האָב איך געשריבן די מיינסטע לידער אין ביאַליסטאָק, אין אַלמאַ-אַטאַ און אין מאָסקווע. כ'בין קיין מאָל נישט געווען פֿאַרליבט אין די פּאָליאַקן; כ'האָב פֿיַיַנט געהאַט זיירע שקלאַפֿישע און פֿאַלשע געוווינהיַיַטן, זייער פֿאַרקויפֿטקיַיַט, זייער אַנטיסעמיטיזם, וואָס איז שטאַרקער געווען פֿון זייער שינאה צו די דיַיַטשן און די רוסן. איך האָב אָבער געדענקט דעם ריח פֿון די פוילישע וועלדער, דעם קאָליר פֿונעם בעז אין די וואַרשעווער סקווערן, דעם זון-אונטערגאַנג איבער דער ווייסל, די קערבעדזשער בריק, די הילצערנע טרעפּ אויף סמאָטשע-גאַס. כ'האָב פֿאַרשטאַנען אַז כ'וועל מוזן אַהין זיך אומקערן. עס האט זיך אָנגעהויבן די נאָך-מלחמה-תקופה. אייראָפּע איז ענלעך געווען צו אַ געגנט נאָך אַן ערד-ציטערניש, וווּ מען איז נאָך פֿאַרנומען מיטן אויפֿגראָבן די חורבות און זוכן די קרבנות. מ'האָט אָפּגערוינמט די גרוזן, די קופעס ציגל, און דערין איז שוין געווען די צוגרייטונג צום ניַיַעם אויפֿבוי , צום אויפֿשטעלן די ניַיַע אָרדענונג. די צעטומלטקיַיַט איז נאָך געווען אַ גרויסע, אָבער די צעטומלסטע פֿון אַלע זענען נאָך אַלץ געווען די רעשטלעך ייִדן, וואָס זענען אַרויסגעקומען פֿון לאַגערס און באַהאַלטענישן און האָבן אָנגעהויבן זוכן די שפורן פֿון זייער נעכטיקן לעבן: אפשר וועלן זיי דאָך עמעצן טרעפֿן, עפּעס געפֿינען. אפילו יענע, וואָס זענען צוריקגעקומען פֿון ראַטן-פֿאַרבאַנד פֿון אַ לאַנד מיט אַן אָרגאַניזירט לעבן, זענען אויך ענלעך געווען צו מוראַשקעס, וואס מ'האָט צעשטערט זייער נעסט. איך געדענק, אַז אויך מיַיַנע סאָוויעטישע פֿריַיַנד, וואָס האָבן נישט געטראַכט וועגן ענדערן זייער היים, האָבן נאָך אויך נישט געפֿילט קיין אַבסאָלוטע זיכערקיַיַט, די זעלבע פֿון פֿאַר דער מלחמה, ווי זיי וואָלטן געוואָרן אָנגעשטעקט פֿון דעם אומרו פֿון זייער ברידער, וואָס האָבן ווידער זיך געגרייט צום וואַנדער - פֿון די געפרוּווטסטע פֿון אַלע, די פוילישע ייִדן. די סאָוויעטישע מענטשן, וואָס זענען געבליבן זיצן אויף זייערע ערטער, האָבן נישט געוווּסט וואָס צו עצהן די פליטים: צי זאָלן זיי בליַיַבן, נישט טראַכטן מער וועגן וואַנדערן – און שלום מאַכן מיטן ניַיַעם שטייגער. די צעמישונג איז געווען נישט בלויז צווישן די פריוואַטע מענטשן, צווישן פשוטן פֿאָלק. זי איז געווען אויך אין די אָנפֿירינדיקע קריַיַזן פֿון די פֿעלקער, דער עיקר פֿון יענע, וואָס זענען אַרויס פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה, ווי די אַזוי גערופֿענע זיגערס. זיי האָבן געמוזט טאָן עטלעכע זאַכן צוזאַמען: אי פֿאַרהיילן די אייגענע וווּנדן, אי פֿאַרדיַיַען די נצחונות – די השפעות אויף די ניַיַע שטחים, און דערביַיַ גרייטן די ניַיַ סטראַטעגיע, סיַיַ אויפֿן "דעמאָקראַטישן" וועג, סיַיַ דורך פֿאַרשווערונגען. ווען מע וואַרפֿט איצט א בליק אויף די פאָליטישע געשעענישן פֿון יענע יאָרן, ווערן קלאָרער די זיגזאַגן און סתירות אין די סאָוויעטישע שריט – אַ רעזולטאַט פֿון די ווידעראַנאַנדן צווישן אינטערעסן און אויפֿגאַבעס. די צעמישונג אין די אָנפֿירנדיקע קריַיַזן פֿון די סאָוויעטישע ייִדן איז געווען אַן אַבסאָלוטע. אַהין איז נישט אַריַיַנגעדרונגען קיין שטראַל פֿון אויפֿקלערונג. אין דער זעלבער ציַיַט האט מען גערעדט אי וועגן אויפֿריכטונגען אין קרים, אויפֿן קולטור-געביט, אי וועגן די שמועות, אַז מע גרייט זיך פֿאַרמאַכן דעם אַנטיפֿאשיסטישן קאָמיטעט – דעם העכסטן אָרגאַן פֿון די סאָוויעטעשע ייִדן. די שטימונג אויף קראַפאָטקינאַ 10, אין דעם הויז פֿונעם ייִדישן אנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, און פֿון דער ציַיַטונג "אייניקיַיַט", איז געווען אַ שווערע. נישט אַלע שושקענישן פֿון די טוערס און מיטאַרבעטערס פֿון די אינסטיטוציעס זענען צו אונדז דערגאַנגען. אונדז, די "פוילישע", האָט מען געהאַלטן אַ ביסל וויַיַטלעך פֿון יענע נישט קלאָרע ענינים. פֿון דעסטוועגן האָבן מיר זיך אָריענטירט, אַז די "ווייסערס" ווייסן אויך גאַנץ ווייניק. כמעט מיט זיכערקיַיַט קען מען פֿעסטשטעלן, אַז דאָס וואָס מ'האָט אין די "הויכע פֿענצטער" באַשלאָסן עס זאָל דערגיין צו די ייִדן, איז געטאָן געוואָרן מיט דער כוונה צו צעטומלען זיי, נישט לאָזן זיי צוגרייטן זיך. דאָס איז געווען אַ צוגעגרייטע סטראַטעגיע פֿאַרן פֿאַרניכטן די רעשטן פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכקיַיַט און קולטור אין ראַטן-פֿאַרבאַנד. איצט פֿאַרשטיי איך פֿאַר וואָס געוויסע פֿון די סאָוויעטישע ייִדישע שריַיַבערס, נישט פֿון די אָנפֿירנדיקע, האָבן געקוקט אויף מיר מיט פֿאַרוווּנדער, פֿאר וואָס איך פֿאָר נישט אַוועק פֿון מאָסקווע, פֿאַר וואָס איך גיי נישט אין די פֿוסטריט פֿון מיַיַנע "פוילישע" חברים. זיי זענען שוין געווען געפרוּווטע; זיי האָבן געוווּסט פֿון דערפֿאַרונג, אַז אין פֿאַל פֿון עפּעס אַ ווענדונג אין דער אָנפֿירונג, אַ "רייניקונג", נעמט מען זיך דאָס ערשטע צו די "פֿרעמדע", צו די געקומענע פֿון אויסלאַנד, שצוויסן זיי אויך צו יענע, וואָס זענען געקומען "בויען דעם סאָציאַליזם". אין ראַטן-פֿאַרבאַנד גלייבט מען נישט קיין אויסלענדער. די קסענאָפֿאָביע האָט דאָרט אַן אַנדער כאַראַקטער, ווי אין פֿראַנקריַיַך, למשל. ביסלעכוויַיַז האָב איך אָנגעהויבן נוטה צו זיַיַן צו פאָלגן די עצות פֿון פוילן, דאָס צורעדן מיך פֿון די חברים דאָרט, אַז איך זאָל זיך אומקערן און העלפֿן בויען דעם ניַיַעם ייִדישן ייִשוב. מיַיַנע סאָוויעטישע פֿריַיַנד האָבן עס דערשמעקט, און זיי האָבן שוין אָנגעהויבן קוקן אויף מיר אַ ביסל, ווי אויף אַ דרויסנדיקן: אַ ביסל מיט פֿאָרזיכטיקיַיַט און אַ ביסל מיט כבוד. גאָלדעס מצב האָט זיך אָן אויפֿהער פֿאַרערגערט. פֿאַר מיר איז קלאָר געווען, אַז דאָס צוריקפֿאָרן קיין פוילן איז שוין איר נישט נוגע. זיכער האָט דאָס אויך גאָלדע געוווּסט, כאָטש אין אירע בריוו צו מיר איז קיין רמז דערפֿון נישטאָ. אַזוי פֿיל איז שוין געשריבן געוואָרן וועגן דער טראַגעדיע פֿון די סאָוויעטישע, ייִדיש שריַיַבערס, סיַיַ וועגן דעם וואָס די מאַכט האָט מיט זיי געטאָן, סיַיַ וועגן דער צעריסנקיַיַט פֿון זייערע נשמות. וואָס שייך דער אַנדערער העלפֿט פֿון זייער טראַגעדיע, איז זי ביז איצט נאָך ווייניק דערגרונטעוועט געוואָרן. איך גלייב נישט אַז עפעס ענלעכס זאָל האָבן ווען עס איז פֿאָרגעקומען מיט מענטשן פֿון דעם שניט – מנהיגים און שריַיַבערס, גרויסע קינסטלערס און אַקטיאָרן. די ביכער, וואָס מ'האָט ביז איצט געשריבן וועגן זיי, זענען נישט אַריַיַנגעדרונגען אין דער סאַמע טיף, ביז די סתירות אין זייערע נשמות. זיי זענען געווען אַזוי פֿיל, ווי די קנייטשן אויף זייערע פנימער. [אויך חיים גראַדע וואָס האָט דעם ענין גענומען פֿאַר אַ טעמע פֿון זיַיַנס אַ בוך, האָט זיך געגליטשט אויף דער אייבערפֿלאַך]. וואָס זענען זיי געווען, די סאַוויעטישע, ייִדישע שריַיַבערס, מאַראַנען, קדושים? אָדער טריַיַע דינערס פֿון דעם רעזשים? וואָס האָט זיי באַווויגן אָפצוגעבן זייער לעבן פֿאַר אַ קולטור, וואָס איז שוין פֿון לאַנג געווען באַשטימט צום אונטערגיין? פֿאַר וואָס האָבן זיי זיך געקלאַמערט אין ייִדישן אות? איז דאָס געווען זייער לעצטע צוגעבונדקיַיַט צום ייִדישן גיַיַסט? טאָ פֿאַר וואָס זענען זיי געבליבן טריַיַ דעם קאָמוניזם ביזן אָפזאָגן זיך פֿון דער אייגענער צורה? פֿאַר וואָס האָבן זיי כסדר אַרויסגעוויזן זייער דינסטגרייטקיַיַט פֿאַר דער אָרדענונג וואָס האָט זיי נישט געקענט פֿאַרטראָגן? ווי אַזוי האָט דאָס אַלץ צוזאַמען געקענט הויזן אין זיירע נשמות? וועגן דעם איז שווער צו שריַיַבן. די וואָס האָבן נישט געשטעקט דערין, וועלן דאָס קיין מאָל נישט באַגריַיַפֿן, און יענע, וואָס זענען געווען אינעווייניק, אין סאָוויעטישן "פרדס", האָבן מורא אַריַיַנצוגיין טיפֿער אין דעם סאַמע פלאָנטער.
דעם 26סטן נאָוועמבער. די געשעענישן און די באַגעגענישן מיַיַנע מיט מענטשן אין מאָסקווע האָבן זיך אָנגעהויבן איבערחזרן ביז לאַנגוויַיַל. מיך האָט אָנגעהויבן אַרן, וואָס איך זיץ אויף אַלעם גרייטן, אין אַ וואַרערמער דירה, פֿאַרנעם זיך מיט מיַיַנע פאַפירלעך, און דאָרט, אין פוילן, דרייט זיך אַלץ איבער. פֿון אַלע עקן קומען אָן מענטשן – קראַנקע, שוואַכע, איינזאַמע. מ'דאַרף זיך פֿאַרנעמען מיט זיי, מ'דאַרף זיי העלפֿן נישט בלויז מיט אַ טעלער זופ און מיט אַ דאַך אויפֿן קאָפּ, נאָר אויך מיט אַ וואַרעם וואָרט, אַ ייִדיש וואָרט. ווער זאָל דאָס טאָן, אויב נישט דער, וואָס האָט געלעבט מיט זייערע צרות? אין ייענע טעג האָב איך אַלץ אָפֿטער גענומען טראַכטן וועגן די לעצטע געבליבענע פֿון מיַיַן משפחה – אין בעלגיע, אין בריסעל, איין ברודער, נחמן, איז אַרויס מיטן לעבן, צוזאַמען מיט זיַיַן וויַיַב און קינד. דער עלטערער פֿון אים, ישראל, איז פֿאַרשפאַרט געוואָרן אינעם לאַגער מאַלין, בעלגיע און דערנאָך דעפּאָרטירט געוואָרן קיין אוישוויץ. פֿון דאָרט איז ער שוין נישט צוריקגעקומען. געבליבן אין בריסעל איז זיַיַן פֿרוי מיט אירע דריַיַ מיידלעך. איצט איז אַלץ וואָס איז נאָך פֿאַראַן פֿון מיַיַנע נאָענטע – דאָרט, אין בעלגיע. אויב כ'וועל נישט פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד פֿון וואַנען ס'איז נישט מעגלעך אַרויסצופֿאָרן אויף אַ פערזענלעכן באַזוך, טאָ ווען און ווי אַזוי וועל איך זיך מיט זיי באַגעגענען? פֿון נחמנס עטלעכע בריוו האָב איך זיך דערוווּסט, אַז אין וואַרשע איז קיינער פֿון דער משפחה נישט געבליבן. דאָס בילד איז געווען גענוי אַזאַ ווי איך האָב זיך דאָס נאָך פֿריִער פֿאָרגעשטעלט. צוגעגרייט בין איך שוין געווען צום שווערסטן. כ'האָב נישט געדאַרפֿט קומען אויף וואָלינסקע און פאַוויע, כדי צו זען די חורבות. כ'האָב נישט געמוזט זיַיַן אויפֿן בית-עולם אין פראַגע, אַז כ'זאָל טרעפֿן מיַיַן טאַטנס מצבה אין שערבלעך. דאָס אַלץ האָב איך געזען מיט עטלעכע יאָר פֿריִער און אויף טויזנטער קילאָמעטער וויַיַט. אַלץ וואָס כ'האָב געלייענט, און וואָס מענטשן, געקומענע פֿון דאָרט, האָבן דערציילט, איז בלאַס געווען לגבי דעם בילד וואָס כ'האָב זיך פֿאָרגעשטעלט. ווי אַזוי האָט מיר געקענט איַיַנפֿאלן נישט אומצוקערן זיך אַהין, וווּ דער גורל האָט מיר נישט באַשערט צו גיין דעם לעצטן וועג? ווי אַזוי האָב איך געקענט טראַכטן צו בליַיַבן אין ראַטן-פֿאַרבאַנד און ווערן פֿאַרשלונגען אין זיַיַנע אומענדלעכקיַיַטן? דאָס איז געווען נאָך איינער פֿון מיַיַנע איַיַליקע, נישט ביזן סוף דערטראַכטע שריט, און איך האָב געקענט באַצאָלן פֿאַר דעם מיטן טיַיַערסטן. אין פֿרילינג פֿון יאָר 1947 האָבן אַלע פֿריַיַנד מיַיַנע אין מאָסקווע שוין געוווּסט, אַז איך גרייט זיך אַוועקצופֿאָרן. אין די אויגן פֿון די ייִנגערע סאָוויעטישע ייִדישע שריַיַבערס האָב איך דערקענט די קינאה, אָבער פֿון די עלטערע, די געפרוּווטע – אַ ייאוש. כ'האָב געהאַט אַ געפֿיל, אַז אַ סך פֿון זיי ווילן מיר עפּס זאָגן, בעטן עפעס עמעצן איבערצוגעבן, נאָר זיי האַלטן זיך אָפּ. בלויז געציילטע פֿון זיי האָבן געהאַט מוט דאָס צו טאָן. אַפילו דעמאָלט, ווען מ'האָט נאָך נישט געפֿילט דאָס אומגליק, וואָס גרייט זיך פֿאַר זיי, האָב איך פֿאַרשטאַנען , אַז מיַיַן פֿאַרבינדונג מיט די סאָוויעטישע פֿריַיַנד וועט מוזן כמעט ווי איבערגעריסן ווערן. אין יענער ציַיַט האָט מען נאך באַטראַכט פֿאַר אַ העלדישקיַיַט פֿון אַ סאָוויעטישן שריַיַבער, אויב ער איז געקומען צו דער באַן געזעגענען זיך מיט אַ חבר, וואָס קערט זיך אום קיין פוילן. דאָס "אויסמיַיַדן קאָנטאַקטן" מיט אויסלענדער – און פֿאַר אַזעלכע האָבן מיר אויך זיך אָנגעהויבן רעכענען – איז געווען אַן אָנגענומענע זאַך און מ'האָט דאָס באַטראַכט פֿאַר נאַטירלעך, ווי דריַיַסיק גראַד פֿראָסט אין יאַנואַר. אויך איך האָב זיך נישט געוווּנדערט פֿאַר וואָס עס פֿירט זיך אַזוי. קיין שום געפֿיל אין מיר האָט נישט פראָטעסטירט קעגן דעם. ווי אַלע מאָל, האָט דאָס געקלאַפט מיט מיַיַן דופק: "אַזוי איז בעסער, אַזוי איז געזונטער". אַז עמעצער פֿאַלט אַריַיַן פֿון דרויסן, פֿאַרשטייט ער נישט: "וואָס הייסט? מען איז חושד אַלעמען? יעדן בירגער"? אָבער מיט דער ציַיַט, אויב ער וועט דאָרט בליַיַבן, וועט אויך ביַיַ אים אָנהייבן קלאַפן דער פולס אין דעם זעלבן ריטעם: "אַזוי איז געזונטער..." דאָך, זענען די האַרציקע באַציונגען צווישן מיר און מיַיַנע סאָוויעטישע פֿריַיַנד אויף אַ האָר נישט שוואַכער געוואָרן. כ'ווייס, אַז איך בין ביַיַ זיי געווען איַיַנגעבאַקן אין האַרצן, און זיי ביַיַ מיר – נישט ווייניקער. פֿון די שריַיַבערישע סביבהס, צווישן וועלכע איך האָב אַ מאָל פֿאַרבראַכט, איז די מאָסקווער געווען יענע, וואָס איז מיר געבליבן צום נאָענטסטן. צווישן די סאָוויעטישע חברים האָב איך נישט געפֿילט קיין שינאה, און די קינאה טייל מאָל – האָט מיך נישט געאַרט. כ'האָב געוווּסט אַז מיט מיַיַן פֿאַרלאָזן די מאָסקווער שריַיַבערס, וועל איך זיך שיידן מיט מיַיַנע בעסטע פֿריַיַנד אין דער ליטעראַרישער וועלט; אַז פֿון די אַזוי גערופֿענע "פוילישע" דערוואַרט מיך אַן אַנדער באַציִונג; כ'האָב זיי געדענקט נאָך פֿון פֿאַר דער מלחמה, פֿון טאָלאָמאַצקע 13, און אויך פֿון ביאַליסטאָק און פֿון אַלמאַ-אַטאַ. כ'האָב זיך נישט פֿאָרגעשטעלט, אַז עטלעכע וואָכן נאָך מיַיַן געזעגענען זיך מיט זיי, וועט זיך אָנהויבן אַראָפּלאָזן איבער זיי די האַק פֿון סאָוויעטישן טעראָר. אַזוי וויַיַט איז מיַיַן פֿאַנטאַזיע נישט געגאַנגען. איך האָב געדריקט שלמה מיכאָעלסעס האַנט ביַיַם לעצטן מאָל פֿאַרלאָזן דעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, האָב איך נישט געקענט פֿילן, אַז אין אַ חודש אַרום וועט אָט די ברייטע, פֿעסטע האַנט ליגן אַן אוממעכטיקע אויפֿן מינסקער פֿאַרשנייטן ברוק. אפשר איז דאָס געשען אויף יענער גאַס, וווּהין עס גייען אַרויס די פֿענצטער, וואָס האָבן געהערט צו איזי כאַריקן, איידער מ'האָט אים אַוועקגעפֿירט? מיט 9 יאָר צוריק איז דאָרט געשטאַנען מיט מיר זעליג אַקסעלראָד און געזאָגט: דאָ האָט געוווינט איזי כאַריק"... כ'האָב זיך געזעגנט מיט די סאָוויעטישע ייִדישע חברים מיַיַנע, און איך האָב זיך געראַטעוועט פון זייער גורל. [פונקט ווי כ'האָב זיך געראַטעוועט פֿונעם גורל פֿון מיַיַנע חברים-שריַיַבערס וואָס זענען פֿריִער אומגעקומען אין פוילן.] אַ גרויסן חלק אין דעם האָבן געהאַט בער מאַרק, דוד ספֿאַרד און הערש סמאָלאַר, וואָס האָט מיך אָפגעוואַרט ביַיַם אָנקום קיין וואַרשע און אַרויסגעטראָגן דינעלען פֿונעם וואָקזאַל. [אָבער צי האָב איך אויף אַן אמת זיך געראַטעוועט? צי בין איך נישט ביידע מאָל אומגעקומען דאָרט צוזאַמען מיט זיי? אומגעבראַכט געוואָרן – איין מאָל דורך די נאַצישע רוצחים, און דאָס צווייטע מאָל דורך די ???? (ע"מ 187, שורה 4 מלמטה) פֿון דער ייִדישער קולטור און אירע שאַפֿערס אין ראַטן פֿאַרבאַנד?] נאָך זיבן חדשים קורירן זי אין קרימער סאַנאַטאָריעס האָט מען גאָלדען צוריקגעשיקט קיין מאָסקווע. וויַיַזט אויס, אַז זיי האָבן זיך דאָרט מייאש געווען, נישט בלויז צו העלפֿן זי ממשותדיק, נאָר אַפילו צו פֿאַרליַיַכטערן אַ ביסל אירע ליַיַדן. וואָס גענוי עס געשעט מיט איר קראַנקיַיַט האָט זי אַליין נישט געוווּסט. יעדער דאָקטער האָט איר געזאָגט עפּעס אַנדערש. לויט דעם מצב פֿון די לונגען האָט זי נישט געדאַרפֿט כסדר האָבן אַזאַ הויכע טעמפעראַטור. מ'האָט גענומען זוכן ביַיַ איר מאַלאַריע, אָבער אין דער זעלבער ציַיַט האָט מען אָנגעווענדט פֿאַרשיידענע ראַדיקאַלע היילמיטלען קעגן לונגען-טובערקולאָז. די בלוטאַנאַליזן זענען כמעט שטענידק געווען ביַיַ איר שלעכטע. כ'האָב געהאַט דעם איַיַנדרוק, אַז די דאָקטוירים טאַפן אין דער פֿינצטער, אַז זיי קענען זיך מיט איר נישט קיין עצה געבן. גאָלדע אַליין האָט פֿאַרלוירן דעם גלויבן, אָבער אין אירע בריוו צו מיר האָט מען עס זעלטן אָנגעזען. זי האָט מיר נישט געוואָלט פאַרשאַפֿן קיין זאָרג. אין אַ פֿרילינגטאָג איז גאָלדע צוריקגעקומען קיין מאָסקווע אין באַגלייט פֿון אַ קראַנקן-שוועסטער. גאָלדע איז געווען אויסגעדאַרט און איר פנים – געל. זי האָט גליַיַך גענומען זיך אויסטאָן, איך האָב איר געהאָלפֿן און אַריַיַנגעלייגט אין בעט. די שוועסטער האָט איר געמאַכט אַן איַיַנשפריצונג. איר טעמפעראַטור איז געווען אַ הויכער. ס'איז שוין געווען פֿאַר נאַכט, טונקל. די שוועסטער איז אַוועק און איבעגעלאָזט איַיַנשפריץ – כלים און מעדיקאַמענטן. גאָלדע איז איַיַנגעשלאָפֿן. זי האָט איצט שטיל געאָטעמט. דאָס ליכט האָב איך נישט אָנגעצונדן, און אַזוי בין איך געזעסן, אין די שאָטנס, וואָס האָבן זיך גערוקט איבער די ווענט צוליב די דרויסנדיקע דורכפֿאָרנדיקע אויטאָס. פֿון דעם צווייטן צימער האָט זיך דערהערט אַ פֿרעמדע מענערישע שטימע. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דאָס איז אַ מיליציאָנער. דאָס איז געווען דער אָוונט פֿאַרן ערשטן מיַיַ, און ער איז אַרומגעגאַנגען איבער די דירות קאָנטראָלירן, צי דאָרט געפֿינען זיך נישט קיין נישט געמאָלדענע פערזאָנען. אַזוי האָט זיך עס געפֿירט פֿאַר יעדן יום-טוב. דער מיליציאָנער איז אויך אַריַיַנגעקומען צו אונדז אין צימער. ער האָט געבעטן מיַיַן דאָקומענט און געפֿרעגט אויף דער קראַנקע אין בעט. גאָלדע איז נאָך נישט געווען געמאָלדן אין דער דירה. מע האָט עס נישט באַוויזן צו טאָן. דער מיליציאָנער איז געווען נישט צופֿרידן. ער האָט געטענהט, אַז זי האָט נישט קיין רעכט צו געפֿינען זיך אין דער וווינונג. כ'האָב אים אויפֿגעקלערט, אַז מיט עטלעכע שעה צוריק איז זי, מיַיַן פֿרוי, געקומען פֿון אַ סאַנאַטאָרע אין קרים, אַז זי ליגט איצט מיט הויכער היץ און מע קען זי נישט רירן פֿון אָרט. אָבער ער, דער מיליציאָנער, האָט געטאָן דאָס זיַיַניקע – זיך אַוועקגעזעצט צום טיש און אָנגעשריבן אַ גענויען פראָטאָקאָל וועגן דער נישט-געמאָלדענער פערזאָן. כ'האָב אים געבעטן צו צוגעבן אַז די נישט-געמאָלדענע איז אַ קראַנקע, און זי האָט איצט הויכע טעמפעראַטור, אָבער ער האָט געענטפֿערט, אַז וועגן אַזאַ זאַך איז קיין רובריק אין פראָטאָקאָל נישטאָ. ער איז אַוועק. גאָלדע האָט געגליט. כ'האָב איר דערלאַנגט צו טרינקען, עסן האָט זי נישט געוואָלט. וואָס טוט מען? באַלד אין דער פֿרי וועל איך דאַרפֿן ברענגען אַ דאָקטער, גוט וואָלט געווען ווען עס קען קומען ד"ר שובין פֿון "ליטפֿאָנד". אין דעם מצב וועט מען זי דאַרפֿן וואָס שנעלער אַוועקפֿירן אין אַ שפיטאָל. אין אונדזער צימער איז אַחוץ דעם בעט מיטן אויסגעריבענעם שטרויזאַק אויף וועלכן גאָלדע איז געלעגן, געשטאַנען אויך אַ צעבראָכן אויסלייגבעט. כ'האָב זיך צוגעשפאַרט אויף דעם, און ווי ס'איז איבערגעדרעמלט די נאַכט. אין דער פֿרי האָב איך דערזען גאָלדעס בלאָע אויגן. זיי זענען איצט געווען לויטער און כ'האָב דערקענט, אַז די היץ ביַיַ איר איז אָפגעפֿאַלן. זי האָט געמיינט, אַז זי דאַרף מיר דערציילן וועגן איר קוראַציע, וועגן קרים בכלל, אָבער די כוחות האָבן איר נישט געסטיַיַעט. זי האָט אויפֿגעהערט צו רעדן און זיך אויסגעדרייט צו דער וואַנט. כ'האָב דערזען, ווי אירע אויסגעצאַרטע אַקסלען ציטערן. איך בין אַוועק אין "ליטפֿאָנד". כ'האָב געהאַט מזל – געטראָפֿן ד"ר שובין, דעם ליַיַטער פֿון דער מעדיצינישער אויפֿזיכט איבער די שריַיַבער-מיטגלידער. ד"ר שובין האָט גוט געקענט גאָלדעס מצב. ער האָט געהאַט אַ גרויסן חלק אין די באַמיִונגען אַרויסצושיקן גאָלדן קיין קרים. ער האָט אויך הויך געשאַצט דעם אינטערעס פֿון מאַרקישן און פֿעפֿערן פֿאַר דער זאַך. לאַנג האָב איך נישט געדאַרפֿט טענהן מיט אים. פֿון מיַיַן פנים האָט ער פֿאַרשטאַנען די סיטואַציע. מסתמא האָב איך אויסגעזען נישט גוט, אַז ער האָט מיך אַ פֿרעג געטאָן מיט זיַיַן כלומרשט שטרענגן טאָן, ווען כ'וועל זיך לאָזן מאַכן אַ קאָנטראָל אויף די לונגען, ווי עס דאַרף צו זיַיַן, מיט אַלע אנאַליזעס און דורכליַיַכטונגען. ער האָט שוין פֿון לאַנג חושד געווען, אַז מיט מיר איז נישט אַלץ אין אָרדענונג. ער האָט צוגעזאָגט צו קומען צו אונדז מיטאָגציַיַט. דר שובין איז געקומען, באַטראַכט גאָלדען און געזאָגט, אז מע דאַרף זי וואָס שנעלער אַוועקפֿירן אין שפּיטאָל. ער וועט זיך באַמיִען מע זאָל נעמען אין שפּיטאָל פֿאַר טובערקולאָז – קראַנקע אין סאָקאָלניקי – אַ ביסל אויסער דער שטאָט אַ געגענט מיט אַ סך גרינס און ביימער. כ'האָב אָנגעהויבן מאַכן מיַיַנע אָפֿטע באַזוכן אין סאָקאָלניקי. ביַיַ גאָלדען און ביַיַ דינהלען – [אויך איר קינדער-סאַנאַטאָריע האָט זיך געפֿונען אין דער געגענט.] כ'בין געגאַנגען פֿון איינער צו דער צווייטער. [און מיַיַן האַרץ איז ביַיַ קיין איינער נישט געוואָרן אויפֿגעטיַיַעט.] גאָלדע האָט זיך שטענדיק געפֿרעגט אויף דינהלען, דערפֿאַר האָב איך זיך באַמיט דעם ערשטן וויזיט צו מאַכן ביַיַם קינד. דינהלע איז שוין אַלט געווען מער ווי פֿינף יאָר און זי האָט געטראַכט אַ סך מער ווי זי האָט גערעדט. און איך האָב אַלע מאָל גאָלדען דערציילט, אַז דינהלע שפּילט זיך, אַז זי לאַכט, אַז זי פֿרעגט זיך אויף איר. יעדעס מאָל האָט די מאַמע געפֿרעגט: "ווי זעט זי אויס"? פֿון דעם אָפֿטן איבערפֿרעגן דאָס האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז זי האָט מורא, צי זי קען זיך נאָך פֿאָרשטעלן דעם איצטיקן אויסזען פֿון דעם קינד. ביזן עלטער פֿון זיבן און צוואַנציק יאָר האָב איך נישט געזען קיין מענטשן שטאַרבן. דער ערשטער איז געווען מיַיַן פֿאָטער, און דאָס בילד האָט אויף אייביק זיך איַיַנגעקריצט אין זכרון. אָבער מיט יאָרן פֿריִער, נאָך אין די קינדעריאָרן, האָב איך אָפֿט געטראַכט וועגן טויט, וועגן דעם איבערגאַנג צום נישט-זיַיַן, די קורצע וויַיַלע פֿון ווערן אויס. איצט איז מיר אויסגעקומען צו זען ווי אַזוי דאָס זעט אויס אין אַ סאָוויעטישן שפּיטאָל. דער מלאך-המוות אַרבעט דאָרט ברוטאַלער. ווי איך האָב שוין דערציילט איז אין דעם שפּיטאָל פֿאַר טובערקולאָזע אין סאָקאָלניקי געווען אַ באַזונדער צימערל, אַ מין קאָרידאָרל, וווּ מ'האָט שנעל געגעבן אַ פֿיר אַריַיַן דעם נוטה-למות. דאָס האָט מען איצט געטאָן מיט גאָלדען. איך האָב עס געזען אין יענעם זוניקן, יולי-טאָג פֿון יאָר 1947. [ווען דאָס איז געשען, בין איך געוואָרן צום צווייטן מאָל אויפֿגעטרייסלט, צום צווייטן מאָל נאָך מיַיַן טאַטנס טויט.] צו מאָרגנס האָב איך אויף ס'ניַיַ געדאַרפֿט דערליידיקן די פֿאָרמאַליטעטן, וואָס זענען נייטיק צום ענדגילטיקן אויסמעלדן פֿון לעבן. [און איבערגעבן דעם קערפּער צום אייביקן שוויַיַגן]. צום ערשטן מאָל האָב איך עס געטאָן אין אַלמאַ-אַטאַ מיט איר מוטער פֿייגע. דערמיט האָב איך געענדיקט דאָס קובר זיַיַן די צוויי געבליבענע פֿון אַ ייִדישער משפחה. גאָלדעס עלטערע צוויי שוועסטער האָבן דיַיַטשן דערהרגעט און זיי זענען אָן פֿאָרמאַליטעטן באַגראָבן געווערן אין גרויסע, בשותפֿותדיקע גריבער אין סלאָנים. [אויף גאָלדעס לוויה זענען אַחוץ נאָך געווען אַננאַ בענציאָנאָוונאַ מיט די טעכטער און מיַיַן גוטער פֿריַיַנד דער דיכטער יעקב שטערנבערג. גאָלדען האָט מען קובר געווען צווישן ייִדישע מענטשן. מיַיַן באַלעבאָסטע האָט אַוועקגעלייגט אויפֿן קבר וויַיַסע רויזן. מיר זענען געשטאַנען, אָפּגעשוויגן און אָנגעהויבן אַוועקגיין. דאָס האַרץ איז געווען אַ שטיין. ערשט ווען כ'בין געקומען אַהיים, האָב איך אַלץ, אַלץ מיט אַ מאָל אָנגעהויבן פֿאַרשטייין, ווי די פֿינצטערניש אַליין וואָלט מיט אַ מאָל אַריַיַן אין מיַיַן נשמה] ד"ר שובין פֿון "ליטפֿאָנד" האָט זיך גענומען צו מיר. ער האָט מיך אויסגעהערט, געשיקט אויף דורכליַיַכטונגען און אַנאַליזעס און פֿאַראָרדנט אַז איך מוז וואָס שענלער פֿאָרן קיין קרים. – "אויב דו ווילסט נישט אין גיכן זיך זען מיט דיַיַן וויַיַב" – אַזוי האָט ער מיר געזאָגט מיט זיַיַן געמאַכטן געבייזער. דאָס מאָל האָב איך שנעל באַקומען די "פּוטיאָווקע" און כ'בין אַוועקגעפֿאָרן אין דעם אָפרוהויז אין קרים. ווידער בין איך דורכגעפֿאָרן סימפֿעראָפּאָל. דאָס ערשטע מאָל בין איך דאָרט געווען אין יאָר 1940, ווען מ'האָט מיך געשיקט אַהין פֿון ביאַליסטאָק. אָבער ווי אַנדערש די שטאָט האָט איצט אויסגעזען! דעמאָלט מיט זיבן יאָר צוריק, איז סימפֿעראָפּאָל געווען פֿון מיטן טומלדיקן גערודער פֿון די אַרומיקע ייִדישע פּויערים. כ'האָב זיך דערמאָנט די אָפּגעברענטע פנימער פֿון די ייִדישע קאָלכאָזניקעס, זייער רוסיפֿיצירטן ייִדיש אויפֿן מאַרק. איך האָב נאָך געדענקט דעם אַרבוז און די וויַיַנטרויבן, וואָס כ'האָב געקויפֿט ביַיַ זיי, און קוים מיט צרות דערשלעפּט אַהיים, קיין ביאַליסטאָק, צו גאָלדען. איצט איז דאָרט געווען אַ טויטע פּוסטקיַיַט. ביַיַ די עטלעכע צעוואָרפֿענע ביַיַדלעך אויפֿן מאַרק האָט מען נישט געהערט נישט קיין טאַטאַריש און נישט קיין ייִדיש, נאָר אַן אוקראַיניש, וואָס האָט מיך אַ ביסל אָפּגעשראָקן. אין דעם אָפּרוהויז איז חוץ אָפּרו גאָרנישט געווען. דאָס עסן האָט מען נישט געקענט נעמען אין מויל אַריַיַן. דאָס שוואַרצע ליימיקע ברויט פֿלעג איך צעטיילן צווישן די הינט, וואָס זענען טשאַטעסוויַיַז מיר נאָכגעגאַנגען. זיי האָבן מיך שוין געקענט און געוווּסט, אַז איך גיב זיי אַוועק וויפֿל כ'קען נאָר אַרויסטראָגן פֿונעם עסזאַל. אַזעלכע הונגעריקע הינט האָב איך געזען אויך אין אַלמאַ-אַטאַ. יענע האָבן געגעסן אויך טינוף – זיי האָבן דאָס געכאַפּט גליַיַך פֿונעם קלאָזעט-גרוב. די קרימער הינט, על פי רוב פֿון אַ וועלפֿישער ראַסע, פֿלעגן מיך באַגלייטן ביז צו מיַיַן צימער, נישט אָפּטרעטן פֿון דער טיר, און דאָרט האָבן זיי אויך געפראַוועט זייערע אָרגיעס. די שיינע קרימער לאַנדשאַפֿטן האָבן מיך נישט אויפֿגעהיַיַטערט. די געגנט האָט נישט געקענט אויפֿוועקן אין מיר קיין אָנגענעמע זכרונות. נישט וויַיַט פֿון דאַנען, אין יאַלטע, האָב איך מיט זעקס יאָר צוריק זיך געבאָדן אין ים מיט זעליק אַקסעלראָדן. צווישן די רוישנדיקע כוואַליעס פֿונעם שוואַרצן ים האָט ער מיר דערציילט וועגן יענעם אָוונט אין יאָר 1937, ווען מ'האָט "גענומען" איזי כאַריקן. אויך אים, אַקסלראָדן, איז מען געקומען "נעמען", אויך ער איז געווען "אויפֿן צעטל", אָבער ער איז גראָד געהאַט אַרויסגעפֿאָרן טאַקע אַהער, אין דעם אָפרוהויז פֿונעם שריַיַבער-פֿאַרבאַנד, וווּ ער געפֿינט זיך איצט. און היות מ'האָט אים נישט געטראָפֿן אין שטוב, איז מען אַוועק אָן אים, און מער איז מען דעמאָלט נאָך אים נישט געקומען. אַזוי האָט זיך דאָס געפֿירט – האָט ער מיר געגעבן צו פֿאַרשטיין – ס'איז געווען ווי אַ מגפה, מכת בכורות: וועמען זיי האָבן איבערגעהיפערט – איז זיַיַן מזל... אויף די שפּאַצירן האָב איך נישט געקענט קוקן אויף די בלאָלעכע, פֿאַרנעפּלטע בערג, און נישט טראַכטן, אַז די בילדער האָבן זיך אָפּגעשפּיגלט אין גאָלדעס אויגן ערשט מיט אַ חודש-צוויי צוריק. אירע אויגן האָבן פֿאַרלוירן זייער ליכט, אָבער די בערג ווייסן נישט דערפֿון. מיר איז געווען נודנע און איבעריק דאָס אַרומדרייען זיך אין דעם קוראָרט. מיט אומגעדולד האָב איך געוואַרט אויפֿן טאָג, ווען כ'וועל זיך אומקערן קיין מאָסקווע און אַ קוק טאָן אויפֿן קינד. וואָס וועל איך זאָגן דינהלען? איך וועל איר געוויס גאָרנישט זאָגן. זי וועט אַליין פֿרעגן און אַליין זיך ענטפֿערן, ווי אַלע מאָל: "גדיע מאַמע? מאַמאַ וו באַלניצע". נישט לאַנג וועט זי שוין זיַיַן אין יענעם הויז אויף סאָקאָליניקי, כ'וועל זי דאַרפֿן אָפּנעמען פֿון דאָרט און צוגרייטן צום פֿאָרן קיין וואַרשע. פֿון דעם וואַרעמען און זוניקן קרים בין איך אַריַיַנגעפֿאַלן אין דעם קאַלטן מאָסקווער האַרבסט. ער איז שוין ענלעך געווען צו אַן אָנהייב ווינטער, די ווינטן האָבן געדרייט אין נאָז, דער רעגן איז געפֿאַלן פֿון הימל, ווי אַ צאַרטיקע בלאָטע און אַ ליאַדע טאָג האָט ער געקענט פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ שניי. מיַיַנע דאָקומענטן זענען געווען אין דער אַרבעט. אין אַ זונטיק האָב איך דינהלען אַרויסגענומען פֿון דער סאַנאַטאָריע, כדי צו מאַכן איר פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿאַרן אויסלענדישן פּאַס. אין עטלעכע וואָכן אַרום האָב איך זי געבראַכט צו ז. אין שטוב צום ערשטן מאָל נאָך אַזאַ לאַנגע ציַיַט, איז זי געווען אין אַ היימישער סביבה. זי איז גאָרנישט געוווינט געווען , אַז מע זאָל זיך אַזוי פֿיל אָפּגעבען מיט איר, און נישט צוזאַמען מיט אַנדערע קינדער. ווען זי איז געקומען צו ז. אין שטוב אויף ליעסנאָיאַ, איז דער דרויסן שוין געווען אַ ווינטערדיקער. אַ טרוקענער שניי איז געלעגן אין גאַס. ז. איז געגאַנגען מיט איר אַ סך שפּאַצירן. אין שטוב האָט ז.'ס מוטער זי אַרויסגעפֿירט אויפֿן אָנגעשנייטן באַלקאָן און געגעבן איר אַ לאָפּעטקע מיט א קובעליקל און אויך אַ בעזעמל. שעהען לאַנג האָט דאָס קינד זיך פֿאַרנומען מיטן צוזאַמענקערן דעם שניי, אָנשאַרן אים און אַריַיַנשיטן אין קובעליקל – און אויסשיטן. די שטובמענטשן האָבן אויפֿגעלעבט. ס'איז היימלעך געוואָרן אי פֿון דער קינדערישער שפּראַך, אי פון די כסדרדיקע ניַיַע קלאַפּאָטן. מ'האָט אָנגעקוואָלן פֿון דינהלעס חכמות און פֿון איר גאַנצער אויפֿפֿירונג, וואָס איז נאָך אַלץ געווען לויט די כללים פֿן דער קינדער-אַנשטאַלט. ווען זי איז געגאַנגען שלאָפֿן, פֿלעגט זי די אויסגעטוענע זאַכן צונופֿנעמען אין עטלעכע טיילן און פינקטלעך אַרויפֿלייגן זיי אויף אַ שטול. אַפילו די זאָקן האָט זי איַיַנגעטיילט אין גליַיַכע חלקים. די פֿרויען האָבן דערפֿון הנאה געהאַט. זיי האָבן ליב געהאַט אָרדענונג.
איך פֿלעג איצט קומען אַריַיַן, אויף ליעסנאָיאַ יעדן נאָכמיטאָג. אויף ביַיַ נאַכט פֿלעג איך אַוועקגיין אין מיַיַן צימער אויף קיראָוואַ. די דירה ביַיַ ז. איז געווען אַ קליינע, פֿון צוויי צימערן. דינהלע איז געשלאָפֿן אין איין צימער מיט ז. אין צווייטן צימער זענען געשלאָפֿן די עלטערן.
כדי זיך און אַנדערע ליַיַכטער צו מאַכן, האָב איך געוואָרפֿן ווערטער, אַז מיַיַן פֿאָרן קיין פוילן איז נישט אויף שטענדיק, אַז איך לאָז זיך איבער אַ וועג אויף צוריקקומען, אויב די סיטואַציע אין פוילן וועט מיר נישט געפֿעלן ווערן. אַלע אָבער האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז נישט מער ווי אַן אָנשטעל, כדי דאָס געזעגענען זיך זאָל נישט זיַיַן שווער. אַזוי איז עס געווען סיַיַ מיט די נאָענטסטע פֿריַיַנד, סיַיַ מיט די חברים. אַלע האָבן געוווּסט, אַז איך פֿאָר נישט ווי אַ טוריסט, נאָר ווי דער "דיכטער פֿון פוילן", ווי מ'האָט מיך גערופֿן, אַז דאָרט, אין פוילן, וואַרט שוין אויף מיר די אַרבעט. [וואָס אַנדערע פֿון מיַיַנע פֿריַיַנד טוען שוין.] אין אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט בין איך איצט אָפֿט אַריַיַנגעקומען. כ'האָב באַמערקט, אַז זיי קוקן שוין אויף מיר ווי אויף אַ נישט דאָיִקן, אַז איך געהער שוין צו "אויסלאַנד". איך האָב כסדר געפרוּווט צו נישט מאַכן דעם איַיַנדרוק. כ'ווייס נישט פֿאַר וואָס, נאָר מיר האָט וויי געטאָן, פֿאַר מיַיַנע סאָוויעטישע חברים און פֿריַיַנד. פֿריִער, ווען כ'האָב נישט געטראַכט וועגן אַרויספֿאָרן, האָב איך דאָס נישט געפֿילט. מסתמא טאַקע דערפֿאַר, וויַיַל פֿריִער בין איך געווען , ווי זיי, אין גאַנצן "אינעווייניק". אומרויִקע קלאַנגען זענען אַרויסגעלאָפֿן אין דעם הויז אויף קראַפּאָטקינאַ וועגן דער צוקונפֿט פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטן קאָמיטעט. קיינער האָט חלילה, נישט גערעדט וועגן "ליקווידאַציע", נאָר וועגן אַ "רעאָרגאַניזאַציע" פֿון דער ייִדישער אַרבעט. דער הויפטמאָטיוו איז געווען: היות ווי דער קאַמפף קעגן דעם וויכטיקסטן פֿאַשיסטישן שונא, דעם היטלעריזם, האָט זיך געענדיקט מיט אַ זיג, ענטפֿערט שוין נישט דער נאָמען "אַנטיפֿאַשיסטישער קאָמיטעט" אויף אַלע אויפֿגאַבעס וואָס שטייען פֿאָר אַ ייִדישער אָרגאַניזאַציע. דער מאָטיוו האָט געלונגען ווי אַ לאָגישער, און דאָך האָט דער עולם שריַיַבערס געפֿילט עפּעס אַ ביַיַ-טעם. פֿון זייערע ייִדישע אויגן האָט אַרויסגעקוקט דער אַלט באַקאַנטער און טרויעריקער פֿאָרגפֿיל.
דעם 29סטן נאָוועמבער. איך האָב אויפֿגעשריבן די היַיַנטיקע דאַטע, און מיר האָט זיך געדוכט, אַז כ'שריַיַב אויף דעם נאָמען פֿון אַן עפֿאָכע. אויף איר נאָמען זענען פֿאַראַן גאַסן ביַיַ אונדז אין לאַנד. אין דעם טאָג פֿונעם יאָר 1947 איז אין אונאָ פֿאָרגעקומען די אָפשטימונג וועגן דער צעטיילונג פֿון ארץ-ישראל און באַשטימען אין איין טייל פֿון לאַנד אַ ייִדישע מדינה. היַיַנט וועט די היסטאָרישע דאַטע, ווי בכלל אין די לעצטע יאָרן, אָפּגעמערקט ווערן, בעיקר, דורך די אַראַבער פֿון אונדזער ראַיאָן – מיט פּראָטעסטן און דעמאָנסטראַציעס. זיי האָבן נאָך אַלץ נישט מסכים געווען אויף יענעם אַקט פֿון מיט 37 יאָר צוריק. פֿאַר זיי איז דאָס געבליבן אַ מין נאַציונאַלער טרויערטאָג און אַ דאַטע אויף צו געדענקען די עוולה און צו קאָנצענטרירן זייער שנאה צו ייענע, וואָס האָבן מיט בלוט און פֿיַיַער אָפגענומען זייער טייל. די ייִדן באַנוגענען זיך מיט באַשיידענע נאָטיצן אין ראַדיאָ און אין דער פּרעסע, מיט דערמאָנען דעם היסטאָרישן באַשלוס אין שמועסן מיט די שולקינדער. און פֿאַר מיר איז איצט די דאַטע אַן אַקאָרד צו דעם טאָגבוך, וואָס איך פֿאַרענדיק איצט. דער אַרויספֿאָר פֿון מיר מיטן קינד פֿון ראַטן-פֿאַרבאַנד איז דער סוף פֿון מיַיַן מלחמה – פֿאַר קיום, פֿאַר בליַיַבן, פֿאַר ראַטעווען זיך און דעם איבערבליַיַב נאָך גאָלדען – פֿונעם אומקום. ווען איך ענדיק דאָס נישט דעמאָלט – ווען איך פֿאָר נישט אַוועק פֿון דאָרט אין יענער ציַיַט – וואָלט איך, צוזאַמען מיטן קינד פֿאַרפֿאַלן געוואָרן אינעם תהום. [אַ גרויסן חלק אין דעם ראַטעווען זיך האָבן געהאַט בער מאַרק, דוד ספֿאַרד און הערש סמאָליאַר. דער לעצטער האָט מיך מיט דינהלען אָפּגעוואַרט ביַיַ אונדזער אָנקום קיין וואַרשע און ער האָט דאָס קינד אַרויסגעטראָגן פֿונעם וואָקזאַל.] אין די ווינטער-אָוונטן פֿון יאָר 1942, ווען כ'פֿלעג אַהיימגיין פֿון מיַיַן אַרבעט אין דער "מלוכישער פֿוטער פֿאַבריק" אין אַלמאַ-אַטאַ, בין איך פֿאַרביַיַ די ליימענע, נידעריקע היַיַזלעך פֿון יענער הינטערשטאָטישער געגנט. עטלעכע מאָל איז פֿון אַזאַ היַיַזל אַרויסגעקומען אַ קליין שגצל און געשריגן אויף מיר "זיד". ער האָט נאָך נישט געקענט ריכטיק אַרויסזאָגן "זשיד". כ'האָב דעמאָלט געטראַכט: פֿון וואַנען ווייסט ער, דער קינד, אַז איך בין אַ "זשיד"? ווער האָט אים דאָס געזאָגט? ווי אַזוי דערקענט ער דאָס? אין אַלמאַ-אַטאַ זענען דאָך פֿאַר דער מלחמה כמעט קיין ייִדן נישט געווען. די דיַיַטשן האָבן דעמאָלט זיך דערנענטערט צו מאָסקווע און לענינגראַד. אין פּוילן האָבן זיי גענומען אינטענסיוו אויסראָטן די ייִדן. אין וואַרשע האָט מען מיַיַן גאַנצע משפחה מיט אַלע מיַיַנע קרובים, שוין געהאַט געטריבן צום אומשלאַגפּלאַץ, און דאָ, אין אַלמאַ-אַטאַ, האָט אַ שגצל מיך דערקענט און זיַיַן רופֿן מיך "זשיד" איז געווען ווי אַן אַרויסגעבן מיך צו די דיַיַטשן. [פונקט ווי דאָס איז שוין אַ מאָל געשען אין האַרבסט 1939 אין מאַלקין .] איך בין געגאַנגען אַהיים צו וויַיַב און קינד, אין דער כאַלופּע, וווּ די באַלעבאָסטע מיט איר זיבן-יאָריקן זון האָבן מיך געזידלט מיטן זעלבן צונאָמען – און איך האָב ביַיַ זיך פֿעסט באַשלאָסן: אַז ווען די מלחמה וועט זיך ענדיקן, און איך וועל בליַיַבן לעבן, וועל איך מיט מיַיַן משפחה אַוועק קיין ארץ ישראל. כ'וועל אַריַיַן אין אַ קיבוץ, און דאָרט זיך פֿאַרלאָזן א באָרד. יאָ אַזוי האָב איך געטראַכט! כ'וועל זיך לאָזן אַ באָרד. יאָ, אַזוי האָב איך געטראַכט! כ'וועל זיך לאָזן וואַקסן אַ באָרד. און דאָרט וועל איך לעבן, צווישן ייִדן. [איך וויל שוין נישט מער, איך קען עס נישט פֿאַרטראָגן...] אין יאָר 1939, ווען כ'בין אַרויף אויף דער סאָוויעטישער ערד, האָב איך געהאַט דאָס געפֿיל, אַז איצט בין איך ביַיַ זיך, אַן אייגענער. דאָס איז מיַיַן היים. וואָס איז געוואָרן דערפֿון? וווּ איז אהינגעקומען מיַיַן דעמאָלטיקע זיכערקיַיַט? אַזוי האָב איך געטראַכט אין יאָר 1942 טאָפטשענדיק אין די אַלמאַ-אַטאַער שנייען. אויף וועלכן ס'איז אופֿן האָב איך זיך געמוזט אָפּווערן . דער זעלבער אינערלעכער פֿראָטעסט, מיטן זעלבן אויספֿיר, איז דעמאָלט געבוירן געוואָרן ביַיַ אַ סך אַזעלכע ווי איך, [איבערגעגעבענע קאָמוניסטן אין דער פֿאַרגאַנגענהיַיַט.] אין יענעם נאָוועמבער-טאָג, אין מאָסקווע פֿון יאָר 1947, האָב איך זיך דערמאָנט אין מיַיַן "באַשלוס" פֿון אַלמאַ-אַטאַ. פֿינף יאָר זענען אַדורך, און איצט איז אָנגענומען געוואָרן אַ באַשלוס, אַ רעזאָלוציע פֿון דער העכסטער אינסטאַנץ פֿון די פֿעלקער אין דער וועלט צו געבן די ייִדן אַ זעלבשטענדיקע מדינה. אָבער אין 1947 בין איך שוין געווען וויַיַט שוין פֿון יענעם קיבוץ און פֿון יענער באָרד... כ'האָב זיך געגרייט צו פֿאָרן קיין פּוילן, כדי צו בויען פֿאַר זיך אַן אַנדערע היים, כדי צו באַזיצן זיך נישט אין אַ קיבוץ צווישן ייִדן, נאָר ווידער צווישן גויים, ווידער צווישן פאָליאַקן. [צווישן אַזעלכע וואָס האָבן געהאָלפֿן די דיַיַטשן.] כאָטש סוף כל סוף איז דאָס געשען, כאָטש טיילוויַיַז. איך אַליין בין נישט אַוועק אין קיבוץ, דאָס האָט דינהלע געטאָן, אָבער איך האָב זיך אויך באַזעצט צווישן ייִדן, אויסשליסלעך צווישן ייִדן, אין אַ ייִדישער שטאָט. קיינער דערמאָנט מיך נישט, אַז כ'בין אַ ייִד. עס גייען אַדורך טעג, וואָכן – און איך פֿאַרגעס, אַז כ'בין אַ ייִד. פֿאַר וואָס דאַרף איך עס געדענקען? איך בין! און אַלע אַרום מיר זענען עס! דער דעצעמבער פֿון יאָר 1947 איז שנעל אַדורך. ביַיַ מיר איז ער געווען פֿאַרנומען מיט די צוגרייטונגען צום אָפּפֿאָרן קיין וואַרשע. קודם כל האָב איך געדאַרפֿט איבערקלויבן מיַיַנע מטלטלים, די צעוואָרפֿענע אין פֿאַרשיידענע ערטער, אַ טייל – נאָך אויף פעטראָווקע גאַס, אין דער וויַיַסרוסישער צוזאַמענוווינונג. נישט קיין סך פֿון דעם "פֿאַרמעגן" איז דורך מיר קוואַליפֿיצירט געוואָרן אַדורכצופֿירן קיין פּוילן. דאָס זענען געווען די סאַמע אָרעמסטע מלבושים, וואָס איך און גאָלדע האָבן אַ מאָל געטראָגן – אונדזערע מלחמה-בגדים. אַ טייל פֿון זיי האָט גאָלדע אַליין אויפֿגענייט און איבערגעניצעוועט פֿון אַלטע זאַכן. זי איז דאָך געווען אַ שניַיַדערין, זי האָט געענדיקט די "אָרט"-שול אין וואַרשע. צווישן די קליידער אירע איז געווען בלויז איין זיַיַדן קלייד פֿון פּוילן. דאָס איז געווען דער איינציקער איבערבליַיַב פֿון איר אַמאָליקן טואַלעט. איך געדענק אויך דאָס ליַיַכטע, זומערדיקע קליידל, וואָס זי האָט זיך אויפֿגענייט אין אַלמאַ-אַטאַ. דאָס שטיקל קרעטאָן האָט זי דאָרט צופעליק באַקומען אין אַ כמעט ליידיק געוועלב. דער צייג איז געווען אַ העלער, אין אַ דראָבנע בלימעלע, און דעם דעקאָלט האָט זי אַרומגעזיימט מיט א גלאַטן רויטן שטאָף. איך האָב ליב געהאַט דאָס אָרעמע קליידל, וויַיַל עס האָט שיין און ריכטיק איבעגעגעבן די פֿאָרמען פֿון איר פֿיגור. דאָס קליידל האב איך אָפּגענומען צוזאַמען מיט אירע זאַכן פֿון שפּיטאָל אין סאָקאָלניקי. נאָך דעם אָפּקליַיַב איז קיין סך נישט געבליבן. די חפצים, שוין צוזאַמען מיט מיַיַנע שריפֿטן אויף כלערליי קאָלירטע פּאַפּירן פֿון דער מלחמה-ציַיַט, האָב איך איַיַנגעפֿאַקט אין דריַיַ וואַליזקעס. אָט דעם באַגאַזש האָב איך אָפּטראַנספאָרטירט אויף לעסנאָיאַ, אין ז.'ס דירה. פֿון דאָרט האָבן מיר געדאַרפֿט אַרויסגיין צום וויַיַסרוסישן וואָקזאַל, זייער נאָענט פֿון דער וווינונג, ממש דריַיַ טריט. עטלעכע טעג פֿאַרן אָפּפאָרן פֿון מאָסקווע האָב איך אָנגעהויבן געזעגענען זיך מיט די סאָוויעטישע ייִדישע שריַיַבערס. מיט אַ סך פֿון זיי, דער עיקר פֿון דעם ייִנגערן דור, האָב איך זיך געזעגנט אינעם קלוב פֿונעם שריַיַבער-פֿאַרבאַנד בעתן מיטאָג-עסן. מיט אַנדערע האָב איך זיך געזען דאָס לעצטע מאָל אין אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, צווישן זיי דער נסתר, יעקב שטערנבערג, דוד בערגלסאָן, שלמה מיכאָעלס, איציק פֿעפֿער. צו לייב קוויטקאָ, שמואל האַלקין און פרץ מאַרקיש בין איך געגאַנגען אַהיים, זיך געזעגענען מיט זיי. דעם לעצטן וויזיט האָב איך געמאַכט ביַיַ מאַרקישן, אַ טאָג פֿאַרן אָפּפֿאָרן. ער האָט שוין פֿון לאַנג געוווּסט, אַז איך האַלט ביַיַם אַוועקפֿאָרן, אָבער ווען ער האָט מיך דערזען אין דער אָפֿענער טיר, האָט ער ווי א צאַפּל געטאָן. ער האָט מיך, ווי אַלע מאָל, אַריַיַנגעבעטן אין זיַיַן אַרבעט-צימער און געבעטן מיך זיצן. ער אַליין איז זעלטן געזעסן, ווען אַ גאַסט איז ביַיַ אים געווען. ער פֿלעגט זיך אַרומדרייען איבערן שמאָלן צימער, און אַזוי אַרום פֿירן דעם שמועס. פֿון ציַיַט צו ציַיַט, דווקא ווען ער האָט זיך אויפֿגערעגט, פֿלעגט ער זיך אָפּשטעלן און גליַיַך אין די אויגן הויך אַרויסזאָגן די אונטערגעשטראָכענע ווערטער. דאָס מאָל איז ער געווען צוליב עפעס אויפֿגעבראַכט, און ער האָט אַרויסגעוואָרפֿן עטלעכע נישט קיין סימפאַטישע אויסדריקן אויפֿן חשבון פֿון אַן אַנדערן באַקאַנטן פאָעט. איך האָב שוין אויבן דערמאָנט, אַז אין יענער ציַיַט איז געוואָרן אַקטועל דאָס שיקן אַ דעלעגאַציע פֿון סאָוויעטישע שריַיַבערס קיין פּוילן. לויט די קלאַנגען, האָט פרץ מאַרקיש נישט געדאַרפֿט זיַיַן באַטייליקט אין דער דעלעגאַציע. איך וואָלט דעם ענין איצט, ביַיַם געזעגענען זיך מיט אים, נישט באַרירט. אָבער ער אַליין האָט, ווי נישט ווילנדיק, זיך פֿאַרטשעפּעט אין דעם. איך האָב פרץ מאַרקישן זעלטן געזען אַזוי אויפֿרעגן זיך: "אין אַזאַ דעלעגאַציע וועל איך קיין פּוילן נישט פֿאָרן, ניין! וואָס? נאָך כיבודים פֿאָרן זיי? קאָמפּלימענטן ווילן זיי? איך בין נישט קיין "פאָיעט" און נישט קיין "שראַבער" – אַזוי האָט ער אונטערגעשטראָכן די ווערטער – [איך פֿאָר נישט ווי אַ גאַסטראָליאָר קיין פוילן!] ווי אַזוי פֿאָרט איר קיין פוילן? [איר פֿאָרט צולייגן אַ האַנט!] איך וועל אויך פֿאָרן אַהין אַז כ'וועל קענען אונטערשטעלן אַ פּלייצע"... כ'האָב זיך מיט קיין וואָרט נישט אָנגערופֿן. זיַיַן ווייטיק איז מיר געווען באַקאַנט. ער איז זינט יאָרן געווען אויסגעבענקט נאָך אַ קאָנטאַקט מיט דער אויסערלעכער וועלט. אין זיַיַן דירה אויפֿן אייבערשטן שטאָק האָט ער אַלע יאָרן זיך געפֿילט ווי אין אַ שטיַיַג. די אָפֿטע בריוו פֿון אָפאַטאָשו און לייוויק האָבן אים נישט באַרויִקט. איצט בין איך געזעסן קעגן איבער אים א מענטש, וואָס וועט מאָרגן זיך אַוועקזעצן אין אַ וואַגאָן פֿון דעם צוג מאָסקווע-וואַרשע, ער גייט אָפּ פֿון דאַנען, פֿון קעגן איבער, פֿונעם וויַיַסרוסישן וואָקזאַל... אין אַ טאַג צוויי אַרום וועט ער זיַיַן אין וואַרשע... ער איז שטיל געוואָרן און ווידער גענומען שפּאַנען איבערן צימער. אין עטלעכע מינוט אַרום האָט ער זיך אָפּגעשטעלט קעגן איבער מיר און גערעדט צו מיר שוין אין גאַנצן מיט אַ רויִקער שטימע: "הערט מיך אויס, בינם העלער, איין זאַך זאָלט איר אָפהיטן הייליק – איר, און אַלע חברים דאָרט: איר זאָלט האַלטן אַ שטענדיקע פֿאַרבינדונג מיט אונדז, דאָס איז זייער וויכטיק, פֿאַר איַיַך און פֿאַר אונדז..." דעם 30סטן דעצעמבער 1947, אין דער פֿרי , בין איך אַוועק פֿון מיַיַן מאָסקווער דירה אויף קיראָוואַ נומער 32. כ'האָב זיך געזעגנט מיט אַננאַ בענציאָנאָוונאַ אַלטערמאַן. זי איז געווען אַליין אין שטוב; די ייִנגלעך זענען געווען אין שול און די טעכטער – ביַיַ זייער אַרבעט. שפעטער דעם גאַנצן טאָג, ביזן אָפגיין פֿונעם צוג קיין וואַרשע, בין איך געזעסן ביי ז. אין שטוב. כ'האָב געבראַכט אין אָרדענונג מיַיַנע כתבים און בריוו. אפשר האָב איך פֿון זיי אַרויסגעוואָרפֿן מער ווי כ'האָב באַדאַרפֿט. און דאָך, ווען כ'האָב איצט אַרויסגענומען די בריוו, האָט זיך מיר אויסגעוויזן, אַז זיי זענען בלויז אַלטע, געלע און פֿאַרטריקנטע בלעטער, וואָס מע לאָזט איבער צום אָנדענק פֿון די פֿאַרגאַנגעגע זומערס. אַ מאָל העלפֿן זיי צום דערמאָנען זיך וואָס אין יענע זומערס איז געשען. אין דרויסן איז דער שניי געלעגן, אַן איַיַנגעפרעסטער פֿון די דורכגייערס: אי טונקל, אי גליטשיק. נאָך מיטאָג איז ז. נאָך אַרויס מיט דינהלען אויף אַ שפאַציר. זיי זענען צוריקגעקומען אויסגעפֿרוירענע און אָנגעהויבן טאַנצן, כדי צו דערוואַרעמען זיך די פֿיס. די מוטער האָט געגרייט דעם לעצטן אָוונטברויט. איך געדענק נישט וואָס מ'האָט געגעסן און וועגן וואָס מ'האָט גערעדט. איין זאַך בלויז געדענק איך גוט: ס'איז געוואָרן אָפּגעשמועסט, אַז שריַיַבן זאָל איך צו ז. און נישט אויפֿן נאָמען פֿון אירע עלטערן. אָן צו מאָטיווירן, האָט מען פֿאַרשטאַנען אַז אַזאַ "קאָנטאַקט" מיט ז. איז ווייניקער געפֿערלעך. מיר זענען אַלע אַרויס צום ויַיַסרוסישן וואָקזאַל. פֿאַרויס איז געגאַנגען דער פֿאָטער, נישט קיין יוגער שוין, אָבער אַ הויכער און שטאַרקער מאַן. ער האָט געטראָגן דינהלען אויף די הענט. מיט אים האָט מען געקענט זיַיַן זיכער, אַז ער וועט נישט פֿאַלן; ער האָט גוט געקענט דעם גליטשיקן וועג פֿון דער גאַס ליעסנאַיאַ. נאָך אים זענען געגאַנגען ז., איר מוטער און איך. כ'בין צום לעצטן מאָל פֿאַרביַיַגעגאַנגען דאָס הויז, וווּ ס'האָט געוווינט פרץ מאַרקיש. כ'האב געוווּסט אַז ער וועט נישט קומען צום צוג... מיר זענען אָנגעקומען אויפֿן פֿעראָן באַציַיַטנס. דער צוג איז נאָך נישט געשטאַנען. די פאַּסאַזשירן האָבן זיך אָנגעהויבן זאַמלען, זייער שפּראַך איז מיינסטנס שוין געווען פּויליש. די מענטשן, וואָס זענען געקומען זיך געזעגענען מיט מיר און איבערגעבן גרוסן, האָבן אויך גערעדט מיט מיר פויליש. און איך האָב באַמערקט ווי ז. ווערט אומרויִקער ווען זי הערט די שפראַך. זי האָט שוין געקוקט אויף מיר, ווי אויף אַן אָביעקט, וואָס דערוויַיַטערט זיך. און אָט האָבן מיר דערזען די ליַיַכטנדיקע אויגן פֿון דעם לאָקאָמאָטיוו. שטיל און וויגנדיק זיך איז אַריַיַן אויפֿן פֿעראָן דער אינטערנאַציונאַלער צוג מאָסקווע-וואַרשע- פּאַריז. איך מיט דינהלע האָבן געדאַרפֿט אַריַיַן אין איינעם פֿון די וואַגאָנען מיטן שילדל "וואַרשאַוואַ". דאָס האַרץ האָט פֿאַרקלעמט. ז.'ס פֿאָטער האָט געהאָלפֿן ארויפֿטראָגן די פּעקלעך אין וואַגאָן. דינהלע האָט זיך לאַנג געקושט מיט די באַגלייטערס. אויך איך האָב דאָס געטאָן. געזעגנט זיך האָב איך מיט ווייניק ווערטער. [זיי זענען געבליבן שטעקן אין קעל.] דינהלע איז שוין געזעסן אין וואַגאָן ביַיַם פֿענצטער. זי האָט אַרויסגעקוקט און געפאָכעט מיטן הענטל צו די נאָענטסטע פֿריַיַנד אונדזערע אין מאָסקווע. זיי וועלן דאָרט בליַיַבן ווען די רעדער וועלן זיך נעמען באַוועגן.