חד־גדיא
חד־גדיא
יצחק לוקאָווסקי
איך האָב פֿאַר אײַך אַ מעשׂהלע,
אַ מעשׂהלע גאָר שיין:
דער טאַטע האָט אַ ציגעלע
געקויפֿט פֿאַר צוויי גילדיין;
אַ ציגעלע אַ ווײַסינקע,
אַ שיינינקע ווי גאָלד.
און צוויי גילדיין מזומנע
האָט ער פֿאַר דעם באַצאָלט.
איז דאָך אין הויף אַ קאַץ געווען —
אַ מזיק, ווי באַוווּסט.
האָט קעצלען זיך פֿאַרצוקן גאָר
דאָס ציגעלע פֿאַרגלוסט.
געכאַפּט עס מיט די נעגל גלײַך,
געמאַכט פֿון דעם אַ סוף…
וואַרט, וואַרט, מרשעת־קעצעלע,
באַקומסט שוין באַלד דײַן שטראָף!
דערזען האָט עס גאָר הינטעלע —
פֿאַרדריסט עס אים גאַנץ שטאַרק.
ער וואַרפֿט זיך אויף דער בייזער קאַץ
און בײַסט איר אײַן אין קאַרק.
קומט שטעקעלע אין כּעס אַרײַן
און טראַכט גאָר ניט קיין סך —
ער שפּאַלט דאָס קעפּל הינטעלען:
— דו הונט, ס'איז ניט דײַן זאַך!
האָט זיך צעפֿלאַקערט פֿײַערל,
פֿאַר כּעס צונטער רויט:
— דו שטעקעלע, דו פֿלעקעלע,
איך מאַך דיר באַלד אַ טויט!
פֿאַר וואָס האָסטו דאָס הינטעלען
געבראָכן רוק און לענד?
דערפֿאַר זאָלסטו מיר אויפֿן אָרט
דאָ ווערן גלײַך פֿאַרברענט. —
וואָלט אפֿשר טאַקע פֿײַערל
געווען גערעכט דערמיט, —
נאָר גיין פֿאַרברענען שטעקעלען —
איז אויך קיין יושר ניט.
נאָר וואָס זשע טוט דאַן וואַסערל? —
עס פֿלייצט פֿון קוואַל אַרויס
און גיסט זיך אויס אויף פֿײַערלען
און לעשט אים תּיכּף אויס.
אַ גרויסן קאָפּ האָט עקסעלע,
נאָר שׂכל זייער קנאַפּ.
ער לאָזט זיך בייז צו וואַסערלען
און זופּט אויס ביז אַ קאַפּ.
— „אָט דאָס איז דײַן גערעכטיקייט,
דו אָקס, דו נאַריש קאָפּ?“ —
קומט שוחט מיטן חלף אָן
און קוילעט עקסלען אָפּ.
דערזעט דער מלאך־מוות דאָס
און גורט די לענדן אָן:
— אַך שוחטל, דו קײַלערל,
וואָס האָסטו דאָס געטאָן? —
ער שטעלט אַ טויזנט אויגן אויס
און ציט זײַן שווערד פֿון שייד:
— געקוילעט האָסטו עקסעלען —
טאָ זײַ אַליין געטייט!
קומט אָן הקדוש־ברוך־הוא —
זײַן מישפּט איז גערעכט —
ער זעט, דער מלאך פֿונעם טויט
האָט דאָ געהאַנדלט שלעכט.
האָט ער דעם מלאך־מוות גלײַך
געשאָכטן מיט זײַן שווערד,
כּדי אמת און גערעכטיקייט
זאָל הערשן אויף דער ערד.