זיך נישט מייאש זיין
זיך נישט מייאש זיין
(געגרינדעט אויף ר' נחמן ברעסלעווער'ס |נחמן בראַצלאַווער]] אויסדרוק: געוואלד, זייט אייך ניט מייאש)
ר' נחמן בראַצלאַווער האָט געהייסן
זיך נישט מייאש זיין,
כאָטש מיר לעבן אין שווערע צייטן
לאָמיר אַ טענצל גיין!
דעם בטחון ניט פאַרלירן
שטענדיק גלייב און האָף,
אַז די שונאים פון ישראל
וועלן האָבן אַ שוואַרצן סוף!
ר' נחמן בראַצלאַווער האָט געהייסן
זיך נישט מייאש זיין,
כאָטש מיר לעבן אין שווערע צייטן
לאָמיר אַ טענצל גיין!
דעם בטחון ניט פאַרלירן
שטענדיק גלייב און האָף,
אַז די שונאים פון ישראל
וועלן האָבן אַ וויסטן סוף!