זאמד און וואסער

די וואסערן האבן זיך געהויבן און געהויבן ביז זיי זיינען געווען נאענט פון כסא הכבוד. האט דער אייבערשטער אויסגערופן: "יקוו המים!" די וואסערן זאלן זיך האלטן אין איין ארט. ווען די ערד האט עס געהערט, האט זי ארויסגעגעבן פון זיך בערג, און עס זיינען געווארן טאלן. זיינען די וואסערן אריין אין די טאלן. שפעטער האבן די וואסערן ווידער באקומען מוט, און גענומען זיך בארימען: "מיר זיינען די שטארקסטע אויף דער וועלט, לאמיר פארפלייצן די גאנצע ערד!".

האט דער אייבערשטער אויף זיי זיך אנגעבייזערט און געזאגט: "בארימט זיך ניט מיט אייער גבורה! איר וועל אויף אייך אנשיקן דעם זאמד, און ער וועט פאר אייך זיין א גרעניץ, וועלכן איר וועט ניט קענען אריבער!"

ווען די וואסערן האבן אנגעקוקט דעם זאמד, און געזען פון וואס פאר א פיצינאטינקע ברעקעלעך ער באשטייט, האבן זיי פון אים אפגעשפעט: "וואס קענען אזעלכע ברעקעלעך אונז טאן"? אונזער קלענסטע כוואליע קען זיי אריבערגיין, און פארפלייצן.

די זעמדעלעך האבן זיך דערשראקן. אבער דער גרעסערער צווישן זיי, האט זיי געטרייסט: ברידער, האט ניט קיין מורא! עס איז אמת, מיר זיינען קליינינקע און דינענקע, און יעדער איינער פון אונז, ווען ער איז פאר זיך אליין, איז ער טאקע גארנישט, א ווינט קען אים פארטראגן אין עק וועלט, אבער אז מיר וועלן זיך האלטן פאראייניגט צוזאמען, וועלן די וואסערן זען וואס פאר א מאכט מיר האבן.

און ווען די קליינע זעמדעלעך האבן דאס געהערט, זיינען זיי געקומען צופליען פון דער גאנצער וועלט, און האבן זיך צולייגט ביי די ברעגן פון די ימים, אין הויפענס און אין בערגלעך, און געמאכט א גרעניץ פאר די וואסערן. און מען די וואסערן האבן געזען די גרויסע ארמיי זעמדאלעך, ווי זיי האלטן זיך צוזאמען, האבן זיי באקומען מורא און זיך אפגערוקט אהינטער[1].

הערות שוליים

רעדאַקטירן
  1. דער מדרש הערט אונז וויסן, אז אפילו ווען יעדער ייד אליין איז שוואך, און קען נישט מלחמה האלטן אנטקעגן דעם שונא, אנטקעגן די שונאי ישראל, אבער ווען אלעמען זיינען פאראייניקט, זיי קענען מלחמה האלטן אפילו נגד דער גרעסטער גבור.