זאל שוין קומען די גאולה
זאָל שוין קומען די גאולה פון שמערקע (שמריהו) קאַטשערגינסקי
אָנגעזאָלעט (= טרויעריק, אומעטיק) אויפן האַרצן, מאַכט מען אַ לחיים,
און אַז אומעט לאָזט ניט רוען, זינגען מיר אַ ליד.
אַז ס'איז ניטאָ קיין בראָנפן, מוז מען טרינקען מים,
מים חיים איז דאָך חיים, וואָס דאַרף נאָך דער ייד?
זאָל שוין קומען די גאולה (3)
משיח קום שוין באַלד! {צוויי מאל}
טאַנצן ביימער אין די וועלדער, שטערן אויפן הימל,
ר' ישראל, דער מחותן, דרייט זיך אין דער מיט.
ס'וועט זיך אויפכאַפן משיח פון זיין טיפן דרימל,
און דערהערן אונדזער תפילהדיקע ליד.
זאָל שוין קומען די גאולה..... {צוויי מאל}
ס'איז אַ דור פון כולו חייב, זייט ניט קיין נאַראָנים,
און פונעם זינדיקן, משיח קומען וועט!
אָ, טאַטעניו אין הימל, ס'בעטן בני רחמנים,
זע, אז משיח זאָל ניט קומען, אַ ביסעלע צו שפעט...
זאָל שוין קומען די גאולה.....