זאל נאך זיין שבת
פון חיים רױזנבלאַט און שלום סעקונדאַ
אוי, באָבעניו, זאָג נאָך ניט "גאָט פון אברהם,"
וואָס איז דאָס מיט דיר היינט דער אייל?
אין מערב-זייט איז נאָך די זון ניט פאַרגאַנגען,
אוי, באָבעניו, וואַרט נאָך אַ ווייל.
צעשטער ניט דעם פרידן, דעם הייליקן שבת,
די שטילע, די הייליקע רו,
מען זעט נאָך ניט שיינען אין הימל קיין שטערן,
וואַרט נאָך אַ רגע'לע צו.
דער גאָט פון אברהם, ער שפאַנט אונדז צוריק איין,
אין שווערן טאָג-טעגלעכן יאָך,
צו טראָגן דעם גלות, דעם חדר, דעם רבין,
דעם עול און די דאגות פון וואָך.
דאָך בלייבט ווי פאַרשטיינערט די באָבע ביים פענצטער,
זי איז צו מיין בעטן ווי טויב,
אוי, "גאָט פון אברהם," און עס קייקלט אַראָפ זיך,
אַ טרער אויף דער טונקעלער שויב.