ווער ווייסט וואס איז איינס
װער װײסט װאָס איז אײנס?
איך װײס װאָס איז אײנס.
אײן גאָט װאָס איז אין הימל און װאָס איז אױף די ערד.
װער װײסט װאָס איז צװײ?
איך װײס װאָס איז צװײ.
די צװײ לוחות פון די בונד.
װער װײסט װאָס איז דרײַ?
איך װײס װאָס איז דרײַ. דרײַ טאַטעס, אברהם, יצחק יעקב
װער װײסט װאָס איז פיר?
איך װײס װאָס איז פיר. פיר מאַמעס, שׂרה, רבקה, רחל, לאה.
װער װײסט װאָס איז פינף?
איך װײס װאָס איז פינף. פינף חומשים פון די תּורה.
װער װײסט װאָס איז זעקס?
איך װײס װאָס איז זעקס.
זעקס סדרים פון משניות.
װער װײסט װאָס איז זיבן?
איך װײס װאָס איז זיבן.
זיבן טעג פון די װאָך
װער װײסט װאָס איז אַכט?
איך װײס װאָס איז אכט.
אכט טעג װאָס מען דאַרף מלן דאָס קינד.
װער װײסט װאָס איז נײַן?
איך װײס װאָס איז נײַן.
נײַן חדשים פון געבורט.
װער װײסט װאָס איז צען?
איך װײס װאָס איז צען.
די צען דברות אױפן באַרג סיני.
װער װײסט װאָס איז עלף?
איך װײס װאָס איז עלף.
עלף שטערן.
װער װײסט װאָס איז צװעלף?
איך װײס װאָס איז צװעלף.
צװעלף שבטים.
װער װײסט װאָס איז דרײַצן?
איך װײס װאָס איז דרײַצן.
דרײַצן מידות װאָס מען דרשנט די תּורה, און קעגן דעם האָט דער אױבערשטער אױף אונדז דרייצן מידות פון רחמנות.