ווער האט די וועלט באשאפן?
ווער האט די וועלט באשאפן?
אן אפיקורס איז איינמאל געקומען צו רבי עקיבא, און האט געפרעגט:
"ווער האט באשאפן די וועלט?"
"דער אייבערשטער", האט רבי עקיבא געענטפערט.
"גיב מיר א קלארן באווייז!" האט דער אפיקורס געפאדערט.
קום מארגן.
אויף מארגן אז דער אפיקורס איז געקומען, האט רבי עקיבא אים געפרעגט: "זאג מיר, וואס טראגסטו אויף זיך?"
"א בגד".
"און ווער האט אים געמאכט?"
א וועבער".
איך גלויב דיר ניט". האט רבי עקיבא געזאגט, גיב מיר א קלארן באווייז!"
"און וואס קען איר דיר באווייזן?" דו ווייסט דען ניט אז א וועבער האט דאס בגד געמאכט?"
"און דו ווייסט דען ניט אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט?"
איז דער אפיקורס אוועק א באזארגטער.
"רבי!" האבן די תלמידים געפרעגט ביי רבי עקיבא.
"וואו איז דא דער קלארער באווייז?"
האט רבי עקיבא געענטפערט: "מיינע קינדער! אזוי ווי די הויז צייגט (= ווייזט), אז עס איז דא איינער וואס האט זי געבויט. און דער בגד צייגט, אז איינער האש אים געוועבט. און די טיר צייגט, אז עס איז דא א טישלער, וואס האט זי געמאכט. אזוי צייגט די וועלט אויף דעם אייבערשטן, וואס האט זי באשאפן"[1].
הערות שוליים
רעדאַקטירן- ↑ קומט ארויס, אז די תלמידים פון רבי עקיבא אויך נישט געוואוסט וואס איז דער ענטפער, ווי אזוי קען מען זען פון דער וועלט, אז דער אייבערשטער זי באשאפן. זיי האבן געגלויבט אז דער אייבערשטער באשאפן די וועלט, אבער זיי האבן דאס נישט געזען אין דער וועלט. און רבי עקיבא זאגט צו זיינע תלמידים, אז ווער האט א גוטן קוק, קען זען פון דער וועלט, אז דער אייבערשטער זי באשאפן, פונק ווי ער זעט פון דער בגד, אז דער וועבער האט אים געמאכט. וואויל איז דער מענטש, וואס גיט א קוק אויף דער וועלט, און זעט אז דער אייבערשטער האט זי באשאפן.