ווו ביסטו געווען
וווּ ביסטו געווען?
וווּ ביסטו געווען, ווען געלט איז געווען און דער נדן איז געלעגן אויפֿן טיש?
הײַנט ביסטו דאָ אַז קיין געלט איז ניטאָ און דאָס לעבן איז געוואָרן אַזוי מיאוס.
וווּ ביסטו געווען ווען די יוגנט איז געווען און דאָס לעבן איז געווען צוקער-זיס?
הײַנט ביסטו דאָ אַז די האָר זייַנען גראָ, און דאָס לעבן איז געוואָרן אַזוי מיאוס.
וווּ ביסטו געווען, ווען די יוגנט איז געווען, און דאָס האַרץ האָט מיט ליבע געברענט.
הײַנט ביסטו דאָ, אַז דער קאָפּ איז שוין גראָ, און עס ציטערן בײַ מיר שוין די הענט.