וואלגע
פֿון אליעזר שינדלער (1892 – 1957)
וואָלגע
טײַרע מאַמע וואָלגע,
טײַך פֿון אַלע טײַכן;
מלכּה פֿון די וואַסערן
ווער קאָן צו דיר זיך גלײַכן.
כוואַלעס דײַנע שטרוימען
גאַנץ ווילד ווי טאָטערבלוט;
ווי ס׳לאַנד דײַנס טוסטו טרוימען,
ווי דײַן מוזשיק ביזט גוט.
טיף און ווײַט דײַן אומעט,
שטאַרק און גרויס דײַן גלאַנץ.
מיסתּורין־פֿול ביזט תּמיד
ווי דײַן לעגענדנקראַנץ.
קרוין פֿון דײַן מדינה
שײנסטע פֿון די טײַכן;
וואָלגע רוסלאַנדס שכינה
סוד פֿון דײַנע הײכן...
מקורות
רעדאַקטירןשינדלער, א. „פֿון סטעפּ און ישוב‟. מינכען, 1922. ז. 6‒7.