וואָס האָט געטאָן דער טאַטע?
מאָטקע האָט געקויפט מיט איינעם בשותּפות אַ פערד מיט אַ וואָגן. ווער ס׳האָט געדאַרפט, דער איז געפאָרן. איין מאָל איז מאָטקע אַוועקגעפאָרן אין אַ שטעטל, פאַרפאָרן צו אַ קרעטשמער, צוגעבונדן דאָס פֿערד און אַרײַן אין קרעטשמע איבערכאַפּן דאָס האַרץ. ער גייט אַרויס צום פערד, נישטאָ דאָס פערד. זאָגט מאָטקע: "דאָס פערד איז אַן אַלטע טראַנטע, נאָר איך וועל באַלד טאָן, וואָס מײַן טאַטע האָט געטאָן". דער עולם האָט זיך דערשראָקן: ווער ווייסט, וואָס מאָטקעס טאַטע האָט אָפּגעטאָן? מען האָט אויף גיך צונויפגעקליבן געלט און געקויפט אַ גוט פערד מיט אַ וואָגן. אַז מאָטקע איז געזעסן אין וואָגן, פרעגט מען אים: "מאָטקע, וואָס האָט געטאָן דײַן טאַטע?" - "וואָס מײַן טאַטע האָט געטאָן? אַז מ׳האָט בײַ אים צוגעגנבעט דאָס פערד, איז ער זיך אַוועק אַהיים צו פוס".