הוליעט הוליעט פון מרדכי געבירטיג


מרדכי געבירטיג

שפּילט אײַך, ליבע קינדערלעך –
דער פֿרילינג שוין באַגינט!
אוי, ווי בין איך, קינדערלעך,
מקנא אײַך אַצינד

הוליעט, הוליעט, קינדערלעך
כּל-זמן איר זענט נאָך יונג
ווײַל פֿון פֿרילינג ביז צום ווינטער
איז אַ קאַצנשפּרונג

שפּילט אײַך, ליבע קינדערלעך
פֿאַרזוימט קיין אויגנבליק
נעמט מיך אויך אַרײַן אין שפּיל
פֿאַרגינט מיר אויך דאָס גליק

קוקט נישט אויף מײַן גרויען קאָפּ
צי שטערט דאָס אײַך אין שפּיל?
מײַן נשמה איך נאָך יונג
ווי צוריק מיט יאָרן פֿול

מײַן נשמה איך נאָך יונג
און גייט פֿון בענקשאַפֿט אויס
אַך, ווי גערן ווילט זיך איר
פֿון אַלטן גוף אַרויס

שפּילט אײַך, ליבע קינדערלעך
פֿאַרזוימט קיין אויגנבליק
ווײַל דער פֿרילינג עקט זיך באַלד,
מיט אים דאָס עכסטע גליק