הויז פון שלום
הויז פון שלום פון לייבוש לערער
צעשאַלט זיך, אָ שופֿרות, און שאַלט,
די וועלט ווערט אויף ס’נײַ געבאָרן;
דער גײַסט פֿונעם נבֿיא שטייט אויף,
זײַן וואָרט איז מקוים געוואָרן.
מקוים געוואָרן זײַן וואָרט,
דער גרויסער, דער געטלעכער חלום;
מיר קומען זיך אַלע צונויף
אין אייביקן הויז פֿון שלום.
און אַ בת־קול פֿון הימלען:
קום אַהער, דו מענטש,
אין דער נײַער וועלט,
צו דעם נײַעם מענטש.
קום אַהער און וויין פֿון פֿרייד
אין שלום־הויז.
אַ בת־קול פֿון הימלען:
קום אַרויס, דו מענטש,
אין פֿרישן פֿעלד
און שנײַד מיט געזאַנג
וואָס דו מיט טרערן האָסט פֿאַרזייט
אַ מאָל, אַ מאָל.