האלפערין
אַ סוכּה פֿון שלום / י. האַלפּערין
שמעון און יוסף האָבן געװאױנט אין אײן הױז. זײ זײַנען געװען גוטע חבֿרים, זײ פֿלעגן זיך שפּילן אױף דעם הױף װאו זײערע עלטערן האָבן געהאַט, בשותּפֿות, אַ גרױסן גאָרטן.
אַלע יאָר האָבן די צװײ משפּחות אױפֿגעשטעלט אַ סוכּה אין װינקל פֿון הױף. בײדע משפּחות, יוספֿס און שמעונס, האָבן געגעסן צוזאַמען אין דער סוכּה, און זיך געפֿרײט מיט דעם יום־טובֿ סוכּות.
בױען די סוכּה פֿלעגט רב נחמן, שמעונס פֿאָטער און בײדע ייִנגלעך, שמעון און יוסף פֿלעגן אים אַרױסהעלפֿן. די צװײ חבֿרים האָבן זיך געפֿרײט, װאָס זײ קענען העלפֿן בױען די סוכּה. דער טאָג װען רב נחמן פֿלעגט אָנהײבן בױען די סוכּה איז אַלײן געװען אַ גרױסער יום־טובֿ.
— „נו, שמעון, יוסף, נעמט זיך צו דער אַרבעט“, — זאָגט רב נחמן, אַ פּאָר טעג פֿאַר סוכּות צו די ייִנגלעך, — „גײט און ברענגט מיר ברעטער פֿון קאַמער“.
גיך לױפֿן די צװײ ייִנגלעך, שמעון און יוסף, און באַלד זעט מען זײ שלעפּן ברעטער, גרױסע און קלײנע, זײ לײגן אַװעק די ברעטער אין װינקל פֿון הױף, דאָרט װאו מען דאַרף אױפֿשטעלן די גרױסע סוכּה.
— „שמעון“, — זאָגט רב נחמן צו זײַן זון — „גײ און ברענג מיר פֿון שטוב דאָס קעסטל מיט טשװעקעס און דו, יוסף“, — װענדט ער זיך צום שכנס ייִנגל, — „ברענג אַרױס פֿון קאַמער די זעג, די צװײ האַמערס, דעם גרױסן און דעם קלײנעם האַמער.“
געזאָגט און געטאָן. אײן שפּרונג — און עס ליגן שױן אױפֿן הױף די טשװעקעס, די האַמערס און די זעג.
רב נחמן בױט די סוכּה. די ייִנגלעך האַלטן צו די ברעטער, און רב נחמן קלאַפּט אַרײַן די טשװעקעס: האַק! האַק! עס הילכט אָפּ אין הױפֿט פֿון די קלעפּ: מען בױט אַ סוכּה! מען בױט אַ סוכּה!
װען די װענט פֿון דער סוכּה שטײען שױן צונױפֿגעקלאַפּטע, װי אַן אמתע שטוב, גיט רב נחמן אַ פֿרעג: — „נו, שמעון און יוסף, צודעקן די סוכּה מיט סכך װילט איר?“ — „אַװדאי װילן מיר, אַװדאי!“ — שרײַען די צװײ חבֿרים, יוסף און שמעון, אין אײן קול.
און בײדע ייִנגלעך לאָזן זיך אין דעם װעלדל, װאָס געפֿינט זיך ניט װײַט פֿון זײער הױז. אַ ביסל שפּעטער ברענגען זײ צו טראָגן שמעקעדיקע צװײַגן פֿון די סאָסנע־בײמער. דער הױף װערט באַדעקט מיט גרינס. עס שמעקט מיט װאַלד.
שמעון קריכט אַרױף אױפֿן לײטער, װאָס שטײט אָנגעשפּאַרט אױף דער סוכּה. ער שרײַט אַראָפּ צו זײַן חבֿר יוסף: — „העי, יוסף, דערלאַנג מיר דעם סכך!“ — „װאָס עפּעס דו אַלײן?“ — פֿרעגט יוסף שמעונען. „איך װיל אױך אַרױפֿלײגן דעם סכך אױף דער סוכּה.“ — „איך װעל צודעקן די סוכּה מיטן סכך!“ — האַלט זיך שמעון בײַ זײַנס: — „מײַן טאַטע האָט געבױט די סוכּה, דאַרף איך לײגן דעם סכך!“ — „אױב אַזױ, װעל איך דיר ניט דערלאַנגען דעם סכך!“ — ענטפֿערט יוסף אַ ברוגזער. און עס הײבט זיך אָן אַן אמתער ברוגז צװישן די חבֿרים. שמעון אױפֿן לײטער און יוסף אונטן, שרײַען און ליאַרעמען.
זײערע געשרײען האָט מען דערהערט אין הױז. יוספֿס פֿאָטער מיט רב נחמנען זײַנען אַרױס אױפֿן הױף.
— „שמעון מעגט איר זיך!“ — האָט יוספֿס פֿאָטער אַ זאָג געטאָן צו זײ: — „בײַ ייִדן רופֿט מען אַ סוכּה — 'סוכּת־שלום': דאָס הײסט, אַ סוכּה פֿון שלום. קײן סוכּה איז נישט קײן אמתע סוכּה, אױב די װאָס בױען זי קריגן זיך צװישן זיך…“
די ייִנגלעך האָבן זיך פֿאַרשעמט און געשװיגן.
— „נו, נו, נאָר ניט טרױעריק זײַן!“ — האָט יוספֿס פֿאָטער װײַטער גערעדט. און רב נחמן האָט צוגעגעבן: — „לײגט דעם סכך, בײדע, העלפֿט אײנער דעם אַנדערן, נאָר פֿאַרגעסט ניט אױפֿצוהענגען אַ שילדל אױף דער סוכּה, און מיט גרױסע אותיות שרײַבט אָן: סוכּת שלום — אַ סוכּה פֿון שלום.
די ייִנגלעך האָבן אַזױ געטאָן, געלײגט דעם סכך אױף דער סוכּה אין חבֿרשאַפֿט און אין שלום. די סוכּה איז געװען פֿאַרטיק. אַ שײַנענדיקע, אַ גרױסע איז זי געשטאַנען אין װינקל פֿון הױף. די סאָסנע־צװײַגן האָבן זיך געשפּיגלט אין דער זון און פֿאַרשפּרײט אַ ריח פֿון װאַלד. און אױפֿן טיר פֿון דער סוכּה איז געהאַנגען אַ שילדל אָנגעשריבן מיט שײנע אותיות: סוכּת־שלום — אַ סוכּה פֿון שלום.
נאָװעמבער, 1949