פון מ. פיראָזשניקאָוו


האָפ מיינע המן טאשן

יאַכנע דוואָשע פאָרט אין שטאָט,
האַלט זיך אין איין פּאַקן,
זי דאַרף אויף פורים קויפן מעל
המן-טאַשן באַקן.

האָפּ, מיינע המן-טאַשן
האָט מיינע ווייסע,
האָפּ מיט מיינע המן-טאַשן
האָט פאַסירט אַ מעשה.

ס'גייט אַ רעגן, ס'גייט אַ שניי,
ס'קאַפּעט (= ס'טראפּעט) פון די דעכער,
יאַכנע פירט שוין די קאָרן-מעל
אין אַ זאַק מיט לעכער.

האָפּ, מיינע המן-טאַשן.....

יאַכנע טראָגט שוין שלח מנות,
צו דער מומע יענטע,
צוויי-דריי המן-טאַשן
האַלב רוי, האַלב פאַרברענטע.

האָפּ, מיינע המן-טאַשן.....