דע חכמה לנפשך קבלה תולדות תשס"ז המשך

דע חכמה לנפשך קבלה תולדות תשס"ז - - דע חכמה לנפשך קבלה תולדות תשס"ז המשך - - צוריק צו דע חכמה לנפשך קבלה בלעטל


דא"ח רעוא דרעוין פרשת תולדות תשס"ז פון ר' יצחק מאיר מארגנשטערן

חיזוק גדול להתאמץ בהעבודה בתמידית ממש

ד] און די עבודה בבחי' יעקב ועשו האמורים בפרשה, דארף מען זיך שטענדיג מדבק זיין אין דעם, און ממש ווי חז"ל זאגן בכל יום יהיו בעינך כחדשים, ווייל יצרו של אדם מתגבר עליו בכל יום ממילא דארף מען זיך שטארקן איבערן יצה"ר מיט א געוואלדיגע התמדה, וואס דאס איז בסוד הפסוק וואס עס שטייט אין מגילת אסתר ויהי באמרם אליו יום ויום, וואס די קרי דערפון איז ויהי כאמרם אליו יום ויום, וואס דאס איז מרמז אויף די כ"ב אותי' התורה"ק [כ'אמרם ב'אמרם], וואס די כ"ב אותי' איז די סוד אור הנבואה וואס איז נפגם געווארן ביים פגם חטא עץ הדעת, און די פגם איז אויך נתעורר געווארן ווען יעקב אע"ה מיט די אמהות און די שבטי י-ה, האבן זיך געביקט צו עשו הרשע כ"ב השתחויות [ז' יעקב ד' אמהות י"א שבטים], וואס דורכדעם האט די קלי' פון עשו באקומען די כח זיך צו מתגבר זיין אויפן פיס פון יעקב אע"ה ותקע כף ירך יעקב, וואס די רעכטע פיס איז די בחי' פון נצח, וואס די שורש הנבואה קומט פון נצח הוד מימין ומשמאל יניקת הנביאים (עיין ספר הליקוטים תולדות), און ממילא דארף זיך א יעדער איינער מתאמץ זיין אין די עבודה, צו לוחם זיין מלחמת ה' אזוי ווי דוד המלך חי וקים, וואס ער האט געזאגט ולבי חלל בקרבי דהיינו ווי חז"ל דרש'ענען, אז ער האט גע'הרג'עט זיין יצה"ר, דהיינו אז ער האט מטהר ומקדש געווען אלע עניני רשות און אלע עניני גשמי', און טאקע דערפאר איז דוד המלך די שורש נשמת משיח בן דוד, וואס דעמאלס וועט אינגאנצן נתגלה ווערן די כח הקדושה, אבער כדי צו מקרב זיין די גאולה פעהלט אויס די התעוררות התחתונים, צו אויסרייניגן די גאנצע בריאה בסוד בכל דרכיך דעה"ו, און אזוי אויך צו אויסרייניגן די כח המחשבה, דהיינו אז הגם דער מענטש איז נישט אין די מצב פון זיך מדבק זיין אין די שמות הק', זאל ער דעמאלס זיך מדבק זיין אין די עבודה פון צדיקי אמת מיט זייער קדושה און התלהבות, און אדרבה טאקע אמת די מחשבות זענען נאר בבחי' דמיונות, וואס דמיון איז בעצם אסאך א קלענערע מדרגה ווי דביקות בעצמי' הבורא ב"ה, אדרבה קומט דאך אויס אז ער איז מקדש אפי' נידריגע מקומות מיטן אור הבורא ית"ש, און ממילא וויבאלד ער איז מקדש ומטהר נידריגע מקומות, ווערט נשפע אויף איהם א עזר אלקי וסייעתא דשמיא ער זאל טאקע קענען אויספירן זיין רצון, בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו, און ממילא קומט ער דאך אן צו מדרגת צדיק בסוד אור זרוע לצדיק דהיינו דער צדיק האמת וואס איז בבחי' מדבר [רעדן] וואס מדבר איז כולל אין זיך חי צומח דומם, דהיינו אז דער וואס איז זיך מטהר ומקדש איז ממילא משפיע א טהרה עליונה וקדושה נפלאה אויפן גאנצע בריאה, אפי' אין די עשיה שבעשיה.

דרך העבודה בתחילה בבחי' עשו

ה] און כאטשיג מיר האבן ביז יעצט מבאר געווען די דרך העבודה לויטן סדר אז קודם דארף מען זיך מדבק זיין אין קדושת יעקב אע"ה דהיינו מיט תורה תפילה בדביקות עילאה, און ערשט דערנאך זיך מטהר ומקדש זיין מיט אלע עניני גשמי' ורשות בסוד קדש עצמך במותר לך, און אזוי דערנאך איז מען זוכה צום אור הגאולה און די אור הנבואה, איז אבער פארהאן א אנדערע מהלך, בסוד הפסוק ויאהב יצחק את עשו וגו', און ווי אויבן דערמאנט אז יצחק אע"ה איז די בחי' פון גוף כלפי אברהם אע"ה וואס איז בחי' נשמה, און ממילא ווען דער מענטש זעהט אז טאמער ער וועט זיך ערשט נעמען צום עבודת התפילה מיט דביקות האמיתי, און דערנאך צום עבודת התורה בהתמדה ובדביקות, און ער געבט זיך א טראכט אריין אין זיין שווערן מצב, וואס ער ווייסט נישט ווי זיך אהין צו דרייען פאר גרויס עגמת נפש, איז אזא איינער דארף זיך גלייך מדבק זין אינעם עבודה בבחי' עשו, דהיינו זיך גלייך פורש זיין פון כל דבר האסור און נישט זיך צו געבן א רוהר אוועק פונעם תורה"ק, און נישט מוותר זיין אפי' אויף א קוצו של יו"ד, און דערנאך זיך מדבק זיין אינעם עבודה פון זיך מטהר ומקדש זיין אפי' מיט עניני רשות און אין עניני גשמי', און צו זיין פון די וואס דער פסוק זאגט אוהבי הוי"ה שנאו רע, און אפי' דאס וואס ער דארף יא צו האבן זאל אלעס זיין מיט א ריינע כוונה לעבודתו ית"ש.

אם מרגיש נפילה הוא מכח קיטרוג השטן ולכן צריך להתענג משהו בסוד מים אחרונים

און מען דארף צו וויסן אז אין די מהלך איז פארהאן אז דער שטן זאל זיך פארלייגן אויפן מענטש מיט א געוואלדיגע קיטרוג, און ווי מיר זעהן אז אפי' יעקב אע"ה האט מורא געהאט פונעם קיטרוג פון עשו הרשע, דערפאר וואס ער האט גענומען די בכורה און די ברכות, וואס דאס מיינט מען די מדרגות הנ"ל וואס ברענגט דעם מענטש צו מדרגת הנבואה, און טאקע דערפאר האט זיך יעקב אע"ה געביקט צו עשו הרשע זיבן מאהל, און צוזאמען מיט זיין גאנצע משפחה קומט עס אויס כ"ב מאהל זיך געביקט, וואס דאס איז מרמז אויף די כ"ב אותי' התורה"ק (ספר הליקוטים שם), וואס דאס איז דער סוד פון נטילת ידים פונעם מים האחרונים סוף סעודה, צו געבן עפעס א חלק פארן סט"א ער זאל נישט האבן קיין אחיזה אינעם סעודה זה השולחן אשר לפני הוי"ה, און די זעלבע זאך דארף יעדע עובד השי"ת צו וויסן, אז אסאך מאהל מאכט זיך אז דער שטן פארלייגט זיך אויף א מענטש און איז מקטרג אויף איהם, און דער מענטש פיהלט גרויסע הסתרות און העלמות אין זיין עבודה, און אסאך מאהל פאלט דער מענטש אריין אין עצבות ויאוש רח"ל וואס איז ממש צוגעגליכנט צו טעם מיתה, דארף מען צו וויסן אז עת לעשות לה' הפרו תורתך, און מען דארף אין א געוויסע בחי' זיך נאכגעבן א געוויסע הנאה גשמי כדי ער זאל ווערן פרייליך דערפון, און אזוי דערנאך זיך קענען ארויסדרייען פונעם עצבות היצה"ר.

גם אחרי נפילה צריכים להיתחזק מיד לפני שנופלים לבחי' קרירות עוה"ז ועונש סקילה

אבער דארף מען צו וויסן אז אין דעם איז פארהאן א גרויסע סכנה, ווייל ווי נאר דער מענטש האט הנאה פונעם חלק הגשמי', איז אויב ער האט אינזינען גוטע כוונות לעבודתו ית"ש צו זיין בשמחה, איז כאטשיג פארהאן אויף איהם א אור המקיף[1], אבער טאמער ער האט אויך נישט די מחשבה נאר ער האט הנאה פונעם גשמי', פארלירט ער דאך די כח און השגה און אור הנבואה וואס ער האט פארמאגט א גאנצע צייט פון זיין דביקות און פרישות עוה"ז בקדושה וטהרה, דארף מען צו וויסן ווי דער פסוק זאגט עת אשר שלט האדם באדם לרע לו, דהיינו אז אפי' דער מענטש כאפט א ירידה און א נפילה, דארף מען זיך גלייך מחזק זיין און זיך אויפהייבן העכער און העכער ביתר שאת ויתר עוז בדביקות הבורא ב"ה, און מען דארף דאס צו וויסן אז דער עיקר וואס דער יצה"ר דער שטן וויל פונעם מענטש, איז איהם צו מקלקל זיין די גיד הנשה, וואס נשה איז בבחי' שכחה דהיינו אז מען זאל אריינפאלן אין עצבות און אין מרש"ח, און פארגעסן פונעם טאטן אין הימל אז בין כך ובין כך קרויים בנים, און אזוי דערנאך פאלט מען אריין טיפער און טיפער אין הנאות עוה"ז, און מען פארלירט די גאנצע אור הנבואה, און אזוי דערנאך ווען מען זעצט זיך לערנען, איז די גאנצע לימוד התורה"ק אן קיין חשק און אן קיין דביקות, נאר ער לערנט ווי א גאנצע למדן אן קיין שום חיות (עיין ליקו"מ ל"א), און כמובן אז זיין גאנצע דאווענען איז איין שטיק טרוקנקייט מיט קרירות, און ער איז הארט ווי א שטיין, ווי דער הייליגע בעל התניא זי"ע פלעגט זאגן אז דער וואס איז פוגם אינעם מצוה פון קדושים תהיו קדש עצמך במותר לך, דער איז פוגם אינעם אות י' פונעם שם הוי"ה הק', וואס יו"ד איז בבחי' קודש, און ממילא איז דאך באקאנט אז די עונש פון סקילה קומט פאר דער וואס איז פוגם אינעם אות י', און ממילא דערפאר ווערט די הארץ פונעם מענטש אזוי פארשטיינערט, בבחי' סקילה, און דער מענטש ווינדערט זיך על מה ולמה וואס איז פשט פון די גרויסע קרירות, און ער כאפט זיך נישט אז דאס איז אלעס וויבאלד ער ליגט אינעם גשמי', און דורכדעם איז ער פוגם אינעם בחי' פון גיד הנשה וואס איז בבחי' נצח [די רעכטע פיס איז בחי' נצח], וואס נצח איז די כלי קיבול צום אור הנבואה וכנ"ל מימין ומשמאל יניקת הנביאים נצח והוד וגו', און ממילא איז דער מענטש נישט זוכה צו די אמת'ע רוח הקודש.

תיקון פגם אדה"ר עבר לשאול המלך בחי' יוסף

ו] שרייבט דער הייליגער אר"י זי"ע (שם) אז אזוי איז אויך געווען ביי יעקב אבינו ע"ה דער בחיר האבות, אז דערנאך וואס דער מלאך דער שר פון עשו הרשע האט איהם געשעדיגט דעם גיד הנשה, און דערנאך וואס ער האט זיך געביקט צו עשו כ"ב מאהל [וכנ"ל אז דאס איז געווען בבחי' מים אחרונים], האט זיך אין א געוויסע בחי' פארמאכט די אור הנבואה פון כלל ישראל, ביז שאול המלך ע"ה איז געקומען, וואס שאול המלך שטאמט פון שבט בנימין, וואס בנימין איז נאך נישט געווען געבאוירן בשעת אלע האבן זיך געביקט צו עשו הרשע, און כידוע אז שאול המלך חוץ וואס ער שטאמט פון די בני רחל וכנ"ל וואס בעצם ווערן אלע בני רחל אנגערופן בבחי' יסוד בבחי' יוסף הצדיק, אויסער דעם איז דאך ידוע אז שאול המלך ע"ה איז אקעגן דער זעקסטע קעניג פון די ז' מלכים דאדום, וואס ער האט געהייסן שאול וואס איז אקעגן מידת יסוד די זעקסטע מידה, און טאקע דערפאר האט השי"ת געהייסן פאר שאול אז ער זאל גיין מלחמה האלטן מיט אגג מלך עמלק, וואס עמלק איז דאך דער יסוד פון עשו אשר קרך בדרך, קרך לשון טומאה לשון קרירות, וכנ"ל אז דער מענטש איז פוגם אינעם קדש עצמך במותר לך איז ער ממילא איין שטיק קרירות און שכחה הן בתורה הן בעבודה, און ער פאלט אריין אין פגם ברית הלשון מיט דיבורים האסורים, וואס דאס איז דער היפך פונעם אור הנבואה, דהיינו די דבורים הקדושים צו השי"ת, און ווי מיר האבן געזעהן ביי אלע צדיקי אמת זי"ע און בפרט ביי תלמידי הבעש"ט הק' זי"ע אז זייערע אלע דיבורים זענען געווען קודש לה' ממש, און אפי' די פשוט'ע דיבורים האבן ערהאלטן אין זיך היילידע דיבורים צו הקב"ה, און דאס זענען די צוויי בחי' וואס איז מרומז אין די צוויי אדערן פונעם מענטש ביים מויל, דהיינו קנה און ושט, קנה איז די בחי' פון דיבורים קדושים צו השי"ת, און ושט איז די בחי' פון קדש עצמך במותר לך.

עשיית הסעודה כשמינה שמואל את שאול למלך מרמז לעבודה בבחי' עשו לטהר את כל הגשמי'

און אויף דעם האט שמואל הנביא געזאגט צו שאול המלך ע"ה, אנכי הרואה דהיינו אז ער האט געזעהן אז שאול דווקא דארף און קען מתקן זיין די פגם און מעלה זיין די בחי' נצח, דהיינו די אור הנבואה וואס ווערט נמשך פון נצח, און דערפאר האט שמואל הנביא געהייסן מאכן א סעודה כדי זיך צו מקדש זיין מיט אלע עניני הרשות, וואס דורכדעם איז מען זוכה צום אור הנבואה און תיקון פגם אדם הראשון, און ווי דער פסוק זאגט אויף שאול המלך ע"ה הגם שאול בנביאים.

ואח"כ תיקנו דוי"ד המלך והוא זכה לאור הנבואה בשלימות

אבער וויבאלד שאול המלך ע"ה האט נישט אויסגעפירט אינגאנצן די שליחות, און ער האט געלאזט לעבן דעם קעניג אגג און די בהמות, ממילא האט ער נישט מתקן געווען די פגם אדה"ר, און דערפאר האט ער געוויינט און געשריגן ווייל ער האט מורא געהאט, אויב די פגם וועט צוריק ווערן אזוי ווי פריער און ער האט גארנישט אויפגעטוהן מיט זיין עבודה, און ממילא האט ער געבעטן שמואל הנביא זאל קומען צוזאמען מיט איהם און זיך ביקן צו השי"ת און ביהמ"ק, כדי צו מתקן זיין די השתחויות פון יעקב אע"ה, און ווען שמואל איז געגאנגען מיט איהם אין ביהמ"ק האט ער איהם געזאגט וגם נצח ישראל לא ישקר, דהיינו אז ער האט זיכער אויפגעטוהן מיט זיין עבודה צו מתקן זיין די פגם, נאר עס איז נאכנישט געענדיגט, ביז דוד המלך חי וקים איז געקומען און ער האט אינגאנצן מתקן געווען די פגם, און ווי ער זאגט אין הייליגן תהילים נעימות בימינך נצח (ספר הליקוטים), און דאס איז דער סוד פונעם אות י' פון דוי"ד [ווען מען שרייבט עס מלא י'], וכנ"ל אז די אות י' איז בבחי' יוסף בבחי' קודש לה', דהיינו אז דוד המלך האט זיך מקשר געווען מיטן קדושת יוסף הצדיק דורך שאול המלך [וכנ"ל אז שאול המלך וואס שטאמט פון רחל אמנו ווערט אנגערופן ע"ש יוסף], און ווי ער האט געזאגט ולבי חלל בקרבי דהיינו אז ער האט אינגאנצן גע'הרג'עט זיין יצה"ר, און ווי מיר זעהן אין חז"ל אז דוד המלך האט ממש נישט הנאה געהאט פון די עולם, און אדרבה ער האט אויסגעלערנט כלל ישראל די דרך פון תשובה (ע"ז ה.), און טאקע דערפאר האט דוד המלך זוכה געווען צו די גרעסטע אור הנבואה דהיינו די ספר תהילים, וואס דאס איז אונזער לעבנס מיטל ביז משיח וועט קומען.

עבודת ימי החנוכה הק' וימי הפורים הק' הבעל"ט

ז] און אז מיר זעהן אין וואס פאר א שווערן מצב מיר געפונען זיך, וואס מען האלט שוין אזוי ווייט אינעם גלות, און מיר זענען נאכנישט געהאלפן געווארן, דהיינו אז מען דארף נאך אלס מתקן זיין די מידת נצח, דערפאר האט אונז השי"ת ברוב רחמיו וחסדיו וואס ער וויל דאך אונז ארויסנעמען פונעם ביטערן גלות, און דערפאר האבן אונז באקומען די צוויי הייליגע גלות ימים טובים חנוכה און פורים, וואס אין די צוויי ימים טובים איז מען מתקן די הייליגע ספי' נצח הוד, דהיינו אז אינעם יו"ט חנוכה טוהט מען זיך מדבק זיין אינעם אור התורה דהיינו די ל"ו נרות וואס זענען אקעגן די ל"ו מסכתות, און מען טוהט מאיר זיין די הייליגע נרות אינדרויסן אין רשות הרבים כדי צו מטהר זיין און מקדש זיין דעם בשעה שבני אדם הולכים בדרכים, דהיינו צו מטהר זיין און מאיר זיין די נידריגסטע מקומות פון למטה מעשרה טפחים, און אזוי אויך איז מען מקדש די כח המחשבה דהיינו די כח הדמיון, וואס דאס קומט דורך די התבוננות אין די גוונין עילאין פון הנרות הללו קודש הם, עד שהשלהבת עולה מאליה דהיינו ביז מען איז זוכה צו די עבודה האמיתי פון חנוכה דהיינו להודות ולהלל ולשבח לפאר מיט על הניסים און הלל השלם, וואס דאס איז די בחי' פון די דיבורים קדושים אור הנבואה.

אבער עכ"ז איז חנוכה נאר די אנהייב פון די עבודה, און דערפאר זעהן מיר אז חנוכה איז נישט דא קיין חיוב סעודה און אדרבה די סעודות זענען נאר סעודות רשות (שו"ע או"ח סי' תר"ע סעי' ב'), אבער דערנאך ווען מען קומט אן צו די הייליגע ימי הפורים דעמאלס ווערט די תיקון השלם, בבחי' אור דלעתיד לבא למעלה מטעם ודעת, דעמאלס דארף מען מטהר ומקדש און מאיר זיין אלע עניני גשמי' וחומרי' מיט משתה ושמחה וגו', און די יו"ט איז געקומען דורך מרדכי היהודי מזרע בנימין ומרדכי לא יכרע ולא ישתחוה, וואס דאס איז דער תיקון אויפן השתחויה ביי עשו, און ממילא האט ער זוכה געווען צו דער תיקון השלם פון די כ"ב השתחויות אקעגן די כ"ב אותי', ויהי כאמרם אליו באמרם אליו דהיינו די כ"ב אותיות סוד אור הנבואה, און דעמאלס איז מען זוכה צו די אמת'ע תשובה הדר קבלוה בימי אחשורוש תשובה מאהבה, וואס תשוב"ה איז די בחי' פון תשוב ה', דהיינו צו צוריק קערן אלע עניני גשמי' וואס זענען בבחי' עולם העשיה בסוד ה' תתאה, צום ה' עילאה דהיינו בסוד בינה אימא עילאה, און ממילא איז מען זוכה צו מאיר זיין און משפיע זיין בסוד ה"א לכם זרע, די גרויסע אור און שמחה דלעתיד לבא בסוד אז ימלא שחוק פינו, וואס חנוכה איז דער אנהייב וואס עס הייבט אן צו נתגלה ווערן די אור דלעתיד לבא בסוד נר למשיחי, און ווי מיר זעהן די רמז אינעם פסוק "אז" ימלא וגו' איז בגימ' ח' צו מרמז זיין די שמנת ימי חנוכה אלו, און די הייליגע יו"ט חנוכה איז טאקע אינעם חודש כסליו, און ווי עס שטייט אין ספר יצירה לאברהם אע"ה אז כסליו איז בבחי' שינה [שלאפן], דהיינו אז אין דעם חודש דארף מען מתקן זיין אלע עניני שינה, דהיינו חשכות און העלמות מרש"ח און דמיונות דקלי', און מאיר זיין די גאנצע בריאה בסוד אור זרוע לצדיק בסוד אור הנבואה.

דעה חכמה לנפשך והיא כתר לראשך

און דאס איז פשט דעה חכמה לנפשך דהיינו יו"ט חנוכה איז בבחי' חכמה, בסוד שמן אור המנורה הרוצה שיחכים ידרים, און אזוי אויך איז חנוכ"ה די צירוף חנה-כו (כמובא בכוונות), וואס חנה איז בגימ' ס"ג דהיינו בחי' בינה, דהיינו ווי עס שטייט אין פסוק ביי חנה [די מאמע פון שמואל] והוי"ה סגר רחמה, דהיינו אז אלקנה איהר מאן וואס איז געווען בבחי' חכמה, האט נישט געקענט משפיע זיין די אור הנבואה אויף חנה די נבואה בסוד וה' סגר רחמה, וויבאלד די צינורות זענען געווען פארשפארט (ספר הליקוטים תולדות), והיינו אז אינעם יו"ט חנוכה ווערט נשפע פונעם אור החכמה אור המנורה א שפע פון נבואה, אבער די כלי הנבואה איז בבחי' נצח הוד דבינה[2] בסוד חנ"ה, ממילא דארף מען זעהן אריינשיינען אין זיי די דביקות אינעם שם הוי"ה בסוד כ"ו [חנ"ה כ"ו], און דאס איז פשט דעה חכמה מען דארף ממשיך זיין די אור החכמה עס זאל שיינען ביזן אינטערשטן בחי' דהיינו נפש, און ממילא וועט ער זוכה זיין צו והיא כתר לראשך דהיינו די אור הגאולה ואור הנבואה, און ממילא וועט מען זוכה זיין צו נצור מצות קדושיך שמור שבת קדשך, דהיינו צו תשובה עילאה תשובה שלימה.

זאל השי"ת העלפן אז מיר זאלן זוכה זיין צו מתקן זיין אין די הייליגע ימי חנוכה הבעל"ט די אלע בחי' פון נצח והוד, און מיר זאלן שוין אינעם יו"ט חנוכה זוכה זיין צום אור הפורים און שלימות התיקון ביז מיר וועלן שוין זוכה זיין אז בן דוד עבדך יבוא ויגאלנו ערכתי נר למשיחי בביאת משיח צדקנו במהרה בימינו ממש אמן.


הערות שוליים

רעדאַקטירן
  1. דהיינו אז הגם ער האט נישט דער זעלבער אור ווי ער האט געווייטלעך, אבער האט ער כאטשיק א געוויבער אור וואס נעמט אים ארום, וואס דער אור קומט דורכן גועטע כונה, אור המקיף קען מיינען גאר א גרויסער אור, און עס קען מיינען א קליינער אור וואס נעמט אביסל ארום דעם מענטש.
  2. כידוע אז כתר איז משפיע אויף חכמה, חכמה איז משפיע אויך בינה, בינה איז משפיע אויפן ז"א, און דער ז"א איז משפיע צום נוק', ממילא קומט אויס אז די אלע השפעות וואס מיר זענען מקבל קומט מכל בינה, אבער נישט די גאנצע קומה פון בינה, נאר דער אונטערשטער חלק, דהיינו פון נצח הוד דבינה ווערט נשפע אויפן גאנצן ז"א, ביז נצח הוד דז"א, ממילא דארף זיך א מענטש קודם מטהר ומקדש זיין די אלע בחי' פון נצח הוד, דהיינו אלע עניני גשמי', און דערנאך קען ער זוכה זיין צום אור הנבואה.