דע חכמה לנפשך קבלה שופטים תשס"ו המשך

דע חכמה לנפשך קבלה שופטים תשס"ו - - דע חכמה לנפשך קבלה שופטים תשס"ו המשך - - צוריק צו דע חכמה לנפשך קבלה בלעטל


דא"ח רעוא דרעוין פרשת שופטים תשס"ו פון ר' יצחק מאיר מארגנשטערן

עבודה הב' הוא בבחי' רצוא דהיינו להתעלה בעבודת השם בפועל ממש בבחי' אם אס"ק שמים

ד] און דער צווייטע עבודה איז בבחי' רצוא בחי' י' העליונה פונעם אות א', וואס דאס ווערט אנגערופן בבחי' מוחין, דהיינו אז דערנאך וואס דער מענטש האט שוין זוכה געווען צום שלימות הביטול בבחי' שתיקה בסוד מלכות וביטול בסוד חכמה, און כנ"ל אז דורכדעם קען ער אין יעדע מצב וואס ער געפונט זיך אפי' אין שווערע מצבים, דאך קען ער זיך נעמען צו דער עבודה פון אויסמעקן די גאנצע שורש הרע ועמלק, וויבאלד ער קוקט בכלל נישט איף זיך, נאר בלויז אויפן כבוד מלכות שמים ית"ש, דערנאך קען ער זוכה זיין צו די מדרגה פון די דריטע מצוה דהיינו לבנות את בית הבחירה, דהיינו ממשיך צו זיין אויף זיך מוחין עילאין און צו שטייגן העכער און העכער בעבודת השי"ת בפועל ממש, וואס דאס איז דער עיקר עבודה פון די הייליגע גרויסע זמנים בבחי' אני לדודי ודודי לי, וואס דאס איז דער בחי' פון רצוא [רצוא ושוב] בסוד שם קס"א וואס איז מרמז אויפן עבודה פון התעלות אין עבודת השי"ת בסוד הפסוק אם אס"ק שמים שם אתה, וואס דעמאלס ווערט ער אין די מדרגה פון אדם העליון היושב על הכסא [כסא בחי' מלכות ווייל דאס איז דער מקבל פון די אורות פון העכער איהר, און דער אדם איז יעצט אינעם מדרגה וואס איז העכערן מלכות וואס מלכות איז בבחי' ושוב בחי' ביטול, אבער יעצט איז ער שוין אינעם מדרגה פון בחי' רצוא].

בדרך כלל העבודה קודם רצוא ואח"כ ושוב

והגם בדרך כלל ווייסן מיר אז די צוויי עבודות דהיינו רצוא ושוב, וואס דער זוה"ק שרייבט (ויקהל רי"ג:) אז יעדע מענטש דארף צו זיין דבוק און בקי אין די צוויי עבודות דהיינו רצוא ושוב, איז דער סדר פון די עבודות קודם רצוא און דערנאך ושוב, דהיינו אז קודם איז דער מענטש זוכה צו גרויסע מדרגות בבחי' רצוא דהיינו אז ער לויפט גאר הויעך צו מקבל זיין גרויסע אורות, און דערנאך ווי מיר ווייסן אז עס איז נישט מעגליך אויף די וועלט צו זיין בבחי' עומד, ווייל עס איז נישט שייך צו האבן א שטענדיגע תענוג[1], און וועגן דעם באקומט דער מענטש כסדר א בחי' פון א ירידה און א נפילה, כדי ער זאל זיך שטארקן און משתוקק זיין אין זיין מצב צו השי"ת, און דורכדעם איז ער דערנאך זוכה צו העכערע מדרגות ווי פריער, וואס דאס איז בבחי' ירידה לצורך עליה.

משא"כ בעבודת התשובה, הוא להיפך קודם ושוב ואח"כ רצוא

אבער דא ביי די עבודה פון תשובה זעהן מיר א פארקערטע מהלך, דהיינו אז קודם דארף זיך דער מענטש אויסארבעטן אינעם בחי' פון ושוב, דהיינו די בחי' פון שווייגן און צו מקבל זיין די יסורים, און זיך מבטל זיין צו השי"ת בבחי' מלכות בסוד החכמה י' העליונה, און דערנאך ערשט קען דער מענטש זוכה זיין צו דער עבודה בבחי' רצוא, דהיינו ממשיך צו זיין די מוחין עילאין בבחי' בינה אויפן ז"א דהיינו אויף זיין גאנצע קומה, און צו דינען השי"ת ביתר שאת ויתר עוז[2].

הגם דבחי' חכמה גבוה יותר מבינה, עכ"ז תכלית המטרה הוא לבוא להעבודה בבחי' בינה דהיינו לעבודת השי"ת בפועל ממש

און הגם די עבודה איז נאר בבחי' בינה דהיינו די המשכת המוחין אויפן קומה שלימה וואס בינה איז דער מקור צו די י"ג מכילין דדיקנא וואס איז נידריגע פון חכמה, משא"כ די עבודה פון ביטול דהיינו די עבודה בבחי' ושוב איז בחי' חכמה וואס איהר שורש איז אין די י"ג מכילין דנימין, עכ"ז איז דער תכלית די עבודה בבחי' בינה דיקנא, ווייל דאס איז דער עיקר תכלית התשובה צו שטייגן העכער און העכער אין עבודת השי"ת בפועל ממש.

און דאס איז וואס עס ווערט געברענגט אין זוה"ק (רע"מ רע"ד:) כי אלהי"ם שופט ז"ה ישפיל ה"א ה"א וז"ה ירים דא וא"ו וא"ו, דהיינו אז הגם די העכערע עבודה איז בבחי' חכמה דהיינו די עבודה פון ביטול הישות בבחי' ושוב בחי' יהושע, עכ"ז דארף מען משפיל זיין די בחי' פון ה' דהיינו די עבודה בבחי' ביטול מלכות וכנ"ל, ווייל די תכלית איז די עבודה פון התעלות בפועל ממש אין עבודת השי"ת, וואס דאס איז בבחי' ו' דהיינו ממשיך צו זיין די מוחין עילאין פון בינה אויף די אלע ו' מידות הק', וואס דאס איז בבחי' רצוא און דאס דארף צו זיין בבחי' וזה ירים דהיינו מרבה צו זיין אין די עבודה פון התעלות בעבודת השי"ת בפועל ממש.

אבל עבודת בינה בלבד הוא בבחי' תשובה חיצוני ולא תשובה שלימה

אבער עכ"ז דארף מען צו וויסן אז די עבודה בבחי' בינה ותיקון המעשים אן דער חלק פון התבטלות בבחי' חכמה בחי' י' התחתונה, איז נאר א תשובה חיצוני, ווייל דער אמת'ע דעת דמשה רבינו וואס דאס איז בבחי' בנין בית הבחירה קען מען נישט האבן, נאר אויב ער איז קודם שוין אויסגעהארוועט אינעם עבודה בבחי' חכמה דהיינו די התבטלות גמורה בחי' י' התחתונה, און ווי דער רבי זי"ע שרייבט (לקו"מ ח"ב ע"ח) אז הגם דער וועג צו ארץ ישראל איז גרעסער ווי ארץ ישראל אליינס, עכ"ז איז אבער דער תכלית אז מען זאל אנקומען באמת צו ארץ ישראל, ולכן דארף מען צו וויסן אז קודם איז מען זיך מזכך מיטן עבודה בבחי' י' תחתונה בחי' מלכות בחי' יהושע בסוד לבנה וואס איז בבחי' חכמה ס"ג, און דערנאך קען מען זוכה זיין צו די בחי' פון המשכת המוחין בבחי' בינה בסוד הדיקנא בסוד הוא"ו וי' העליונה.

וזה היה עבודת הצדיקים בימי הרחמים והסליחות

ה] ולכן דארף מען צו זעהן אין די הייליגע ימי הרחמים והרצון, אז מען זאל זיך מטהר ומקדש זיין בתשובה עילאה, דהיינו אז הגם די עבודה פון התבטלות גמורה איז גאהר העכער ווי די עבודה פון התעלות בפועל ממש, עכ"ז דארף מען צו זעהן אז צוזאמען מיטן עבודה בבחי' ביטול, דארף מען זעהן צו פארמעהרן מעהר און מעהר אינעם עבודת ההתעלות בעבודת השי"ת, און נישט צו טראכטן ח"ו אז אזוי ווי דער עיקר העבודה איז בבחי' ביטול, דהיינו אז מען דארף זיך מבטל זיין מיטן יעצטיגן מצב צו השי"ת איז אויב אזוי דארף מען נישט הארווען אויף צו שטייגן אין עבודת השי"ת, ווייל אדרבה מען דארף זיך מבטל זיין צום רצון הבורא ית"ש, ח"ו אזוי צו טראכטן נאר אדרבה מען דארף זעהן כסדר צו נתעלה ווערן בתשובה שלימה ותיקון המעשים באמת, נאר דער מענטש דארף כסדר זיין דבוק אינעם שורש וואס דאס איז בבחי' חכמה בחי' י' התחתונה, דהיינו אז ווי גרויס דער מענטש איז שוין געשטיגן אין עבודת השי"ת, דארף ער אלס זיין בטל ומבוטל פארן בורא כ"ע בבחי' חכמה, און ווי מיר האבן טאקע געזעהן ביי צדיקי אמת אז אין די ימים הנוראים זענען זיי מורא'דיג נתקדש געווארן מיט הויעכע השגות, וכנ"ל אז הגם דער עיקר איז דער תיקון המעשים בפועל, דארף מען אבער זיין דבוק אינעם שורש העליון בחי' חכמה, און וועגן דעם זענען זיי שטארק נתקדש געווארן מיט השגות בעבודת השי"ת.

און ווי רבי צדוק הכהן מלובלון זי"ע האט מבאר געווען, אז אויף יענע וועלט הייסט נישט א תלמוד חכם דער וואס האט גוט געקענט לערנען, נאר דער וואס האט שטענדיג משתוקק געווען אינעם תורה הק' מיט צימאון וגעגעועים, דער איז דער אמת'ע תלמוד חכם, וכנ"ל אז די כח פון התבטלות מיט צימאון איז במקור גרעסער ווי פון די עבודה בבחי' בינה, ווייל מלכות איז בשורש פון חכמה, און ז"א איז בשורש פון בינה בסוד הפסוק הוי"ה בחכמה יסד ארץ [מלכות], כונן שמים [ז"א] בתבונה.

דעה חכמה לנפשך צריכין להמשיך בחי' חכמה להמלכות

און דאס איז דער פשט דעה חכמה לנפשך דהיינו אז ווען עס קומט צו גיין די הייליגע גרויסע זמנים הבעל"ט, דארף מען צו וויסן אז דער עיקר חשיבות העבודה איז בבחי' נפש דהיינו מלכות[3], וכנ"ל אז דער עיקר התחלת התשובה דארף צו זיין בבחי' שתיקה נסג"ו ביטול, וואס איהר שורש איז די חכמה העליונה בסוד אבא [חכמה] יסד ברתא [מלכות], און ווי דער פסוק זאגט ביי אהרן כהנא קדישא ע"ה בזאת יבא אהרן אל הקודש, זאת איז לשון נקבה וואס איז מרמז אויף מלכות, דהיינו אז דער עיקר התחלת העבודה דארף צו זיין מיט ביטול הישות פאר השי"ת[4], און דער עיקר העבודה פונעם התבטלות איז תלוי יעדע מענטש לפי זיין מדרגה, וכנ"ל אז דאס איז מרמז אויף צו מקבל זיין יסורים און בזיונות באהבה ובדמימה, וואס דעמאלס ווערט די בחינה פון שפיכות דמים, דם איז אויך די לשון דם מיט א חול"ם וואס איז די לשון פון שווייגן בסוד הפסוק דם להוי"ה והתחולל לו (עיין לקו"מ תורה ו').

עיקר העבודה הוא ע"י התחזקות באמונה

און די עבודה פון שווייגן איז אפי' ווען א מענטש זעהט אז ער איז אויפן שפל המדרגה ממש, דהיינו אז ער איז אריינגעפאלן אין א טיפע יאוש און ער זעהט שוין נישט קיין שום אויסוועג פאר איהם, און אפי' אין אזעלעכע גרויסע זמנים פון די ימי התשובה, פיהלט דער מענטש ביי זיך אז ער איז בכלל נישט מסוגל אויף צו תשובה טוהן, וויבאלד ער איז צו נידריג און טיף אין שאול תחתית רח"ל, דארף מען צו וויסן אז דייקא דייקא אין די מצב איז געזאגט געווארן די עבודה פון ביטול און מקבל זיין בזיונות בשתיקה, און דאס איז דער ערשטע התחלה ווי אזוי תשובה צו טוהן, דהיינו צו מבטל זיין אלע אייגענע הרגשים און זיך ארויף ווארפן נאר אויפן בורא כ"ע, און צו לעבן מיטן געדאנק אז טאמער השי"ת וויל אז דאס זאל זיין מיין מצב איז דאס מיין שליחות און אזוי בין איך ממלא מיין תפקיד אין עבודת השי"ת, און עס איטרעסירט מיר בכלל נישט צו מיין מצב וועט בלייבן אזוי אפי' גאהר גאהר א לאנגע תקופה, ווייל אויב דאס איז די רצון השי"ת פריי איך זיך צו ממלא זיין זיין הייליגע תפקיד, און ממילא טוהט דער מענטש אריינשיינען אין זיך די אור החכמה דהיינו די כח הביטול, און מיט די אור החכמה טוהט דער מענטש דערנאך אריינשיינען אין זיך די בהירות האלוקות אז אלעס איז בלויז איין שטיק אלוקות, און טאקע מיט די כח קען דער מענטש ארויסרייסן די גאנצע כח הקלי' ועמלק, וויבאלד ער איז דאך ממלא די שליחות פון השי"ת, און ממילא נעמט ער זיך אן נאר אויפן כבוד השי"ת, און ער קוקט בכלל נישט אין וואספארא מצב ער געפינט זיך צו ער קען יעצט לוחם זיין מלחמת ה' אדער נישט, ווייל ווער רעדט בכלל וועגן דעם אנכי און ישות, מען האט דאס שוין אינגאנצן מבטל געווען, און יעצט איז דער עבודה פון מלחמת הוי"ה בעמלק אן קיין אייגענע חשבונות און אינטערעסן, און אזוי דערנאך קען מען דערנאך זוכה זיין צו דער בחי' פון לבנות את בית הבחירה, דהיינו די בחי' פון תיקון המעשים בפועל ממש, וואס דאס קומט דורך די המשכת המוחין בחי' בינה אויפן ז"א בבחי' י' העליונה.

און דורכדעם איז מען זוכה צו די בחי' פון והיא כתר לראשך וואס דאס איז דער בחי' פון סיג לחכמה שתיקה, דהיינו אז מיטן כח הביטול בחי' חכמה וואס דער מענטש טוהט שווייגן און מקבל זיין אלעס באהבה בבחי' י' התחתונה, וואס דאס איז אלעס נכלל אינעם כתר וואס כתר איז לשון ווארטן מלשון הפסוק כתר לי זעיר, און ממילא איז ער דורך די עבודה זוכה צו די גרעסטע מדרגות בבחי' כתר העליון עתיקא סתימאה, וואס דאס איז די בחי' פונעם דעת דמשה רבינו ע"ה וואס משה רבינו איז בבחי' ביהמ"ק (עיין ע"ח ש"ח פ"ד), ווי חז"ל זאגן (ברכות ל"ג) כל מי שיש בו דעת כאילו נבנה בית המקדש בימיו, דהיינו אז דער וואס איז זוכה צו דער שלימות הדעת דהיינו די בחי' פון י' התחתונה און דער בחי' פון י' העליונה און די בחי' פונעם ו' וואס איז מרמז אויפן דעת, דהיינו די התחברות פון ביידע עבודות צוזאמען, דעמאלס ווערט ער בבחי' ביהמ"ק ממש בבחי' אדם העליון היושב על הכסא, און טאקע אזוי קען מען אדורכפירן די הייליגע ימים הבעל"ט מיט תשובה שלימה און התעלות והתרוממות אמיתית, און דאס איז וואס עס ווערט געבערנגט אז דער ביהמ"ק השלישי וועט אראפקומען געמאכט פון פייער (רש"י סוכה מ"א.), און פון צווייטן זייט ווערט געברענגט פונעם הייליגן רמב"ם (הל' מלכים) אז די ביהמ"ק השלישי וועט אויפגעבויעט ווערן בידי אדם, אבער אין אמת'ן איז דאס נישט קיין סתירה און אלו ואלו דברי אלקים חיים, וכנ"ל אז קודם איז דער עיקר העבודה זיך צו מבטל זיין פאר השי"ת בתכלית ההתבטלות, דהיינו זיך פארלאזן און זיך לאזן פירן אינגאנצן דורך השי"ת בבחי' בנין של אש מן השמים, און דערנאך איז דער מענטש זוכה צו אן אור גדול און ער קען נתעלה ווערן מיט זיין אייגענע כח דורכן המשכת המוחין דבינה בבחי' י' העליונה.

זאל השי"ת אונז העלפן אז אונז זאלן קענען אפרעכטן דעם חודש אלול מיט א אמת, צו וויסן אז די בחי' פון ביטול דהיינו בחי' מלכות איז בעצם בשורשה אסאך אין א העכערע מקום בבחי' חכמה בסוד אבא יסד ברתא, און דאס איז די בחי' פון ראשית הגז מיט דער אמת'ע התבטלות כצאן לפני גוזזיה, און אז מען וועט זיין קלאר אין די עבודה אז אונז פאר מיר זענען מיר גארנישט ווערד, נאר אונזער גאנצע כח איז נאר מיטן כח השי"ת אבינו אב הרחמן, ממילא וועט מען זוכה זיין צו די אור הדעת פון משה רבינו ע"ה, און מען וועט זוכה זיין צו משנה זיין אונזערע אלע מעשים לטובה ולברכה בפועל ממש, און אזוי וועלן מיר באמת זוכה זיין צו דער בנין בית השלישי מיטן התגלות האלוקות לעין כל בביאת גואל צדק במהרה בימינו ממש אמן.

הערות שוליים

רעדאַקטירן
  1. ווי דער מאמר הבעש"ט הק' זי"ע תענוג תמידי אינו תענוג, און טאקע דערפאר דארף דער גאנצע עבודה פון א איד זיין בבחי' רצוא ושוב, מיט השתוקקות וצימאון.
  2. כידוע אז בינה איז די דריטע פון די מוחין דהיינו כתר חכמה בינה, און דערנאך זענען פארהאן די מידות דהיינו די ו"ק און די נוק', וכידוע אז די ז"א [די ו' מידות] האבן נישט קיין אייגענע גרויסע מוחין, ממילא באקומען זיי שטענדיג זייער השפעה פון די העכערע מוחין, והיינו אז כתר איז משפיע אויף חכמה און חכמה אויף בינה און בינה אויף די ז"א, ממילא ווען די ז"א באקומען אן התעלות איז דאס דורך די השפעה פון בינה, ווייל בינה איז דער עיקר משפיע אויפן ז"א.
    [כידוע אז יעדע פון די פרצופי הספי' האבן א גאנצע קומה פאר זיך, והיינו אז דער פרצוף הז"א וואס איז כולל די ו' מידות, האבן בעצם אייגענע מוחין פאר זיך, אבער זיי זענען גאר קליין מלשון זעיר אנפין, ממילא באקומען זיי זייער השפעה פון אבא אימא].
  3. כידוע אז מלכות איז בבחי' נפש, כתר יחידה, חכמה חיה, בינה נשמה, ז"א רוח, נוק' נפש.
  4. און מען קען צולייגן אז דאס איז אויך די המשך הפסוק בזאת יבוא אהרן אל הקודש, קודש איז דאך בחי' חכמה, בסוד הפסוק קודש ישראל לה' ראשית וגו' בחי' חכמה, וואס חכמה איז דער שורש פון מלכות.