דע חכמה לנפשך קבלה נח תשס"ז המשך
דע חכמה לנפשך קבלה נח תשס"ז - - דע חכמה לנפשך קבלה נח תשס"ז המשך - - צוריק צו דע חכמה לנפשך קבלה בלעטל
דא"ח רעוא דרעוין פרשת נח תשס"ז פון ר' יצחק מאיר מארגנשטערן
ה] און דערנאך וואס מען האט שוין זוכה געווען צו דער תכלית השלימות בעבודת השי"ת, דהיינו אז מען איז שוין בבחי' מדור העליון בבחי' מוחין עילאין, דארף מען וויסן אז דער תכלית איז אז ווען מען איז שוין בבחי' שלימות המוחין, דארף מען זעהן צו משפיע זיין טהרה וקדושה אפי' אין די נידריגסטע מקומות וואס זענען בבחי' זבל ומדור התחתון, און ווי עס ווערט געברענגט אין זוה"ק (פר' נח דף ע"ב:) אז איינע פון די סימני הגאולה איז ווען עס וועט געזעהן ווערן די רעגן בויגן [קשת] מיט איהרע פיהלע פארבן און עס וועט באשיינען די וועלט, וואס די מראות הקשת איז בבחי' עולם הזה וואס איז אנגעפוהלט מיט מראות פון פארשידענע סארטן, וואס דאס איז די בחי' פון גוונין הקשת וכנ"ל אז די מראות עוה"ז איז בבחי' נצח הוד יסוד וואס דאס ווערט ארויסגעזעהן לבר מגופא [עיין הגה' 1], והיינו אז הגם די עיקר העבודה פונעם צדיק איז זיך צו מדבק זיין אין השי"ת בבחי' מוחין, און נישט האבן קיין שייכות מיטן עוה"ז, דארף מען אבער צו וויסן אז דערנאך וואס דער צדיק האלט שוין אין זיין הויעכן מדרגה, דארף מען זיין בסוד הפסוק וירד משה מן ההר אל העם, און מען דארף משפיע זיין ישועות ורפואות בגוף ובנפש פאר אלע אידן וואס דארפן האבן ישועות, און אפי' צו אזעלעכע אידן וואס זענען בבחי' זבל ומדור התחתון, דארף מען אויך זעהן צו משפיע זיין חסדים נגלים, כדי אזוי צו מגלה זיין אז מלא כל הארץ כבודו, און ווי די זוה"ק (זוהר חדש מדרש הנעלם פר' נח כ"ג.) שרייבט אז נח וואס איז געווען בבחי' מדור העליון בחי' "נח" "מנוחה" וואס איז בבחי' עונג העליון מוחין עילאין, מיט דעם אלעס האט איהם השי"ת אנגערופן רעיא שטיא [מנהיג שוטה], וויבאלד ער האט זיך נישט אראפגעלאזט צו זיין דור און צו פועל'ן א ישועה פאר זיי און זיי צו ראטעווען פונעם עונש המבול, וויבאלד דער מענטש איז שוין בבחי' "אדם" אדמה לעליון דהיינו אז ער איז בשלימות המוחין, דארף מען פון דארטן ממשיך זיין ישועות גדולות פאר גאנץ כלל ישראל, און ווי דער פסוק זאגט רפאות תהי לשריך ושקוי לעצמותיך און אזוי אויך שטייט כי חיים הם למוצאיהם ולכל בשרו מרפא, דהיינו אז מיטן כח שלימות התורה והעבודה קען מען און מען דארף ממשיך זיין ישועות פאר גאנץ כ"י.
און בעצם איז דאס געווען די עבודה פון נח און ווי דער הייליגע אר"י זי"ע שרייבט (ליקוטי תורה נח דף י"ט:), אז נח איז בבחי' יסוד, וכידוע אז ווען דער יסוד איז משפיע צום נוקבא, איז ער ממשיך די השפעה פון די מוחין, און דאס איז בעצם געווען די עבודה פון נח, אז הגם ער איז שוין געווען גאהר הויעך בבחי' מוחין, דאך האט ער געדארפט ממשיך זיין און משפיע זיין א ישועה אפי' אין די נידריגסטע מקומות, און דאס איז דער מידת ההשתוות וואס צדיקי אמת פארמאגן, דהיינו אז פון איין זייט זענען זיי דבוק אין השי"ת בדביקות עצומה מאד, און פון צווייטן זייט אינעם זעלבן מינוט קענען זיי זיך אפגעבן מיט פשוט'ע אידן וואס זענען בבחי' מדור התחתון, און טאקע אמת ווען דער צדיק האלט נאך אינמיטן זיין דרך העבודה, דארף ער נישט און טאר נישט האבן קיין שייכות מיטן מדור התחתונה, וויבאלד ער קען באמת האבן א ירידה דערפון, אבער סוף ימיו פונעם צדיק וואס ער איז שוין זיכער אין די מדרגה פון שלימות המוחין, דארף ער זיך אויך אפגעבן מיט די שוואכערע מענטשן.
און ווי חז"ל זאגן (שבת קי"ח:) אז רוב צדיקים ווערן נפטר פון די וועלט דורך חולי מעיים, וואס דאס איז מרמז אז זיי האבן נישט גענוג אויפגעטוהן ביי די מדור התחתון וואס איז זבל בבחי' בני מעיים, נאר זיי האבן נאר געלעבט פאר זיך זעלבסט, און וויבאלד אדם הראשון'ס חטא עץ הדעת איז נאכנישט געווארן מתוקן בבחי' נצח הוד יסוד (עיין תורת חכם קכ"ג. קמ"ז: קנ"ב:), דהיינו אז ער האט דער עיקר מתקן געווען דהיינו בחי' מוחין און בחי' חג"ת, און בפרט ביי די ק"ל שנים וואס ער האט תשובה געטוהן, אבער בבחי' נצח הוד יסוד האט ער נישט מתקן געווען, און דערפאר ווערט די נתעורר די פגם פון אדה"ר סוף ימיהם פון די צדיקים דווקא, און וויבאלד זיי זענען דאס נישט מתקן ווערט נתעורר די עונש און די מיתה בבחי' אדם הראשון, ווייל דער עיקר תכלית בריאת העולם איז מדרך הטוב להיטיב, אבער וויבאלד עס איז פארהאן פגמים וחסרונות אין די וועלט ממילא זעהט מען נישט אזוי די חלק הטוב, אבער א צדיק וואס איז דבוק אין השי"ת בתכלית השלימות באור פני מלך חי וקים, ער קען אין די זעלבע צייט פונעם דביקות משפיע זיין און ממלא זיין די חסרונות וואס איז פארהאן אין די וועלט.
און דאס איז וואס עס ווערט געברענגט פונעם הייליגן אר"י זי"ע (שער הפסוקים בראשית דרוש א' סי' ב') אז די דריי קינדער פון נח זענען געווען בבחי' נצח הוד יסוד, דהיינו כנ"ל אז הגם זיי זענען געווען בבחי' מדור העליון ומוחין עילאין, דאך איז זייער עבודה געווען צו אויסרייניגן די מראות עוה"ז און צו משלים אלע חסרונות פונעם עוה"ז, און ווי עס ווערט געברענגט אין תיקוני זוה"ק (תיקון ח' כ"ב. ותיקון כ"א דף נ"ב:) אז נח איז בבחי' יום הכיפורים, דהיינו אז אזוי ווי דער הייליגע כה"ג נאך וואס ער האט זיך מקדש ומטהר ומזכך געווען פארן בורא כ"ע, און ער איז אריין אינעם הייליגע קודש הקדשים האט ער דעמאלס דייקא מתפלל פארן טובת הכלל, און ווי מיר זעהן אז ער האט מכוון געווען די שם הק' יג"ל פז"ק, וואס יג"ל איז אותי' גי"ל דהיינו צו משפיע שמחות בשלימות אויף כלל ישראל, און דאס איז טאקע די סוד המחילת עוונות פון יום הכיפורים, וויבאלד אלעס נעמט זיך דאך פונעם חטא אדה"ר, וכנ"ל אז ער האט אלעס מתקן געווען חוץ די בחי' פון נצח הוד יסוד, און דורך די הייליגע עבודה פונעם כה"ג אין קדש הקדשים צו משפיע זיין כל טוב פאר כלל ישראל, איז מתוקן געווארן די חלק פונעם פגם, און ממילא איז נתגלה געווארן די גרויסע אור פון מחילת העוונות.
ו] און מען דארף צו וויסן אז די דרך העבודה איז שייך צו יעדע איינער פון אונז, ווייל יעדער איינער לפי זיין מדרגה וואס ער האט זיך שוין משלים געווען קען ער משפיע זיין אויף די קלענערע מדרגות פון אינטער איהם, און פארשטייט זיך אז דאס דארף צו זיין נאר מיט די אמת'ע התקשרות צו צדיקי אמת, וואס זיי זענען שוין בתכלית שלימות המוחין, און אדרבה אזוי איז מען מקרב און מען ברענגט שוין די ימי ביאת המשיח, וויבאלד עס ווערט מתוקן די פגם פון אדה"ר דהיינו די נחש הקדמוני, וכידוע אז נח"ש איז בגימ' משי"ח, און אדרבה דאס איז געווען די דרך וואס מיר האבן געזעהן ביי אלע תלמידי הבעש"ט הקדוש זי"ע, אז מען האט נישט צופיהל געטראכט פון זיך, נאר אדרבה זיך אוועקגעגעבן פאר א צווייטע איד אפי' יענער איז געווען נידריגער פון איהם.
און דאס איז וואס עס שטייט אין זוה"ק (ח"ב רנ"ח. ועיין שער הפסוקים סוף ספר איוב) אז משיח צדקנו וועט נישט קומען נאר ביז די רגלים פונעם עולם אדם קדמון דהיינו די העכסטע עולם, וועט אנקומען ביז ממש די אינטערשטע חלק פונעם עולם העשיה, דהיינו אז די השפעה פון די צדיקי אמת וועט גיין ביז אפי' די נידריגסטע אידן און המון עם, און הגם דאס איז בעצם גאהר א גרויסע מסירות נפש פון די צדיקי אמת, ווייל זיי דארפן האבן גאהר א גרויסע שמירה נישט צו ווערן אנגעקלעפט אין די חלקי עולם העשיה בבחי' נה"י, אבער פון צווייטן זייט זענען זיי זוכה אז זייערע מוחין ווערן אסאך שטערקער, וויבאלד זיי זענען דאך משפיע אויף אנדערע ווערט דעמאלס דער משפיע אסאך שטערקער, וואס דאס איז דער סוד הפסוק משכיל לאיתן האזרחי, דהיינו איתן וואס איז בחי' מידת יסוד וכנ"ל אז ווען דער מידת יסוד איז משפיע אויפן נוקבא איז ער ממשיך די השפעה פון די מוחין, ממילא האט דער מידת היסוד די כח צו שטארק מאכן די מוחין וואס ווערן אנגערופן משכיל, ווייל וויבאלד די מוחין זענען משפיע ווערן זיי אסאך שטערקער (עיין ע"ח שער ט' פ"ג), אבער דאך באדארף דאס א גרויסע מסירות נפש צו אראפנידערן צו די עולמות התחתונים בבחי' מדור התחתון.
און בעצם האט נח הצדיק נאכן ארויסקומען פונעם תיבה, געוואלט אנהייבן מיט די עבודה צו משפיע זיין אויף די נידריגע חלקי הבריאה און מתקן זיין די פגם אדם הראשון, אבער ער האט נישט מצליח געווען אין דעם און ווי דער פסוק זאגט ויחל נח שעשה עצמו חולין, דהיינו אז ער האט זיך שוין צופיהל מדבק געווען אינעם עולם הזה בבחי' שיכרות דהיינו אז ער האט זיך צופיהל אנגעטרינקען מיט די מדור התחתון, אבער די אמת'ע דרך דארף צו זיין אזוי ווי דער כה"ג וואס ווען ער איז אריין אינעם ביהמ"ק האט ער נישט געמעגט זיין א שתוי יין, דהיינו אז פון איין זייט דארף מען צו זיין בבחי' וירד משה מן ההר אל העם, און פון צווייטן זייט דארף מען זיין בבחי' כה"ג און נישט קיין שתוי יין.
ז] און דאס איז דער פשט דעה חכמה לנפשך והיא כתר לראשך דהיינו אז די ערשטע עבודה ווען מען איז נאך בבחי' נפש, דהיינו ווען מען איז נאך בתחילת הדרך, דארף מען קודם כל זיך אפצוהיטן פון אלע ענינים וואס זענען מקלקל קדושת נשמת האדם, און בפרט בשמירת וקדושת העינים וואס איז מרמז אויף חכמה ראיה העליונה, און דערנאך קען מען זוכה זיין צו די מלחמת מצוה מלחמת היצר הרע, ווייל טאמער דער מענטש איז דבוק אין רע רח"ל, קען ער בכלל נישט אנהייבן צו טראכטן וועגן מלחמת היצר, אבער ווען ער האלט שוין ביי די שלימות הטהרה, קען ער זיך אויסארבעטן זיינע אלע חלקי הרע, און דערנאך זוכה זיין צו מוחין עילאין, און דערנאך משפיע זיין פון די מוחין ביז די נידריגסטע מדרגות בסוד דעה חכמה לנפשך דהיינו צו משפיע זיין ממקור החכמה צו בחי' נפש.
ח] און די גאנצע יסוד און ענין איז ממש די ביאור הענין וואס דער הייליגע ויקהל משה זי"ע איז מבאר, אז ביי די מלכים וואס ווערן דערמאנט אין פר' וישלח ווערט נישט דערמאנט די בחי' פון מיתה אויפן מלך הדר, אבער אין דברי הימים ווערט יא דערמאנט די בחי' פון מיתה אויפן מלך הדר, איז ער מבאר אז בעצם איז געווען די בחי' פון התעלפות [פאר'חלש'ט] ביים מלך הדר, און משה רבינו ע"ה האט געזעהן אז בעצם לעבט ער נאך, ממילא ווערט נישט דערמאנט אינעם תורה"ק די בחי' מיתה ביי איהם, אבער עזרא הסופר האט נישט געזעהן אז ער לעבט נאך ממילא האט ער איהם אנגערופן בבחי' מיתה, והיינו כידוע אז מלך הדר איז בבחי' מידת מלכות וואס איז מרמז אויף די וועלט, וואס ברושם חיצוני זעהט אויס אז אונזער וועלט איז מלא טומאה וזוהמא און מען קען דאס שוין נישט מתקן זיין, אבער פון צווייטן זייט דארף מען צו וויסן אז בפנימי' איז זיכער פארהאן א חיות צו אונזער וועלט, נאר מען דארף משפיע זיין פון די העכערע מקורות הקדושים אויפצולעבן די אלע פרטים [און פונעם אר"י הק' זי"ע ווערט געברענגט אז מלך הדר איז בבחי' שם מ"ה דהיינו די עולם התיקון, כידוע אז די גאנצע שבירה בשעת בריאת העולם איז געווען נאר אינעם שם ב"ן דהיינו אין אלע פרטי המלכיות פון אלע ספי', און די עולם התיקון איז מרמז אויפן שם מ"ה וואס איז מתקן די שם ב"ן, אבער די מהלך איז איין ענין אז אינעם בחי' מלך הדר האט מען נישט געזעהן פון אינדרויסן סימני חיים, נאר בפנימי' איז ער געווען בחיים חיותו ואכהמ"ל].
און דאס איז וואס חז"ל זאגן (זבחים קי"ג.) אז די מבול איז נישט געווען אין ארץ ישראל, פרעגט די גמרא איז אויב אזוי פארוואס האט נח געדארפט בויען א תיבה, ער וואלט געדארפט גיין קיין ארץ ישראל, ענטפערט די גמרא, אז די היץ פונעם מבול איז געווען אין ארץ ישראל ממילא וואלט נח נישט געקענט זיין אין ארץ ישראל, והיינו כידוע אז ארץ ישראל כלפי די וועלט איז בבחי' מידת מלכות [דהיינו הגם די גאנצע בריאה אקעגן יענע וועלט איז בבחי' מלכות, איז אבער ארץ ישראל אקעגן די גאנצע בריאהדי מידת מלכות], וואס ברושם חיצוני זעהט עס אויס אז עס איז בבחי' שבירה ומיתה און מען קען שוין גארנישט מתקן זיין, דארף מען אבער וויסן אז דאס איז נאר די רושם חיצוני די היץ פונעם מבול, און טאקע דערפאר האט נח נישט געקענט זיין אין א"י, וכנ"ל אז ער האט נישט מחיה געווען און מזכך געווען די מדור התחתון, אבער בעצם איז אין מידת מלכות נישט פארהאן קיין בחי' מיתה, נאר מען דארף איהר מחיה זיין מיט השפעות ומוחין עילאין, און דאס איז טאקע די כח פון משה רעיא מהימנא קדישא, וואס ביי איהם שטייט וירד משה מן ההר אל העם, אז ער האט זיך אראפגעלאזט פון די מוחין עילאין ביזן מדור התחתון כדי צו משפיע זיין, און ווי ער האט געזאגט צו השי"ת "מחני" נא מספרך וגו', מחנ"י באטרעפט "מי נח" דהיינו אז ער האט מתקן געווען די פגם חטא עץ הדעת וואס נח האט נישט מתקן געווען (עיין זוה"ק ח"א ס"ז:).
און אזוי דערנאך איז מען זוכה צו בחי' והיא כתר לראשך דהיינו צו זיין בבחי' עולם אדם קדמון וואס איז בבחי' כתר הכללי אויף די בריאה, וכנ"ל אז מען איז מחבר און משפיע פונעם עולם א"ק ביז סוף מדור התחתון בחי' זבל, און דאס דארף יעדער איינער צו וויסן אז מען איז אראפגעקומען אויף דעם עולם וועגן א תכלית און השי"ת שטייט און ווארט אויף אונזער עבודה, און קיינער זאל נישט טראכטן וואס האט די גרויסע עבודה מיט איהם צוטוהן, ווייל חז"ל זאגן דאך (סנהדרין ל"ז.) חייב אדם לומר כל העולם לא נברא אלא בשבילי, און בפרט דער וואס הערט די אלע דיבורים האט זיכער א שייכות מיט די עבודה, און בפרט אז יעדע חידוש און דבר תורה וואס א מענטש הערט האט ער זיכער א שייכות מיט די דברי תורה, און נאר אזוי קען מען מגלה זיין רחמי השי"ת, און צו צוברענגן די תכלית רצון השי"ת אז עין בעין יראו בשוב הוי"ה ציון, און ממילא וועט מקויים ווערן אין אונז די פסוק ואלהי"ם פקוד יפקוד אתכם אז די אור השי"ת וועט נתאחד ווערן אינגאנצן דורך אונזערע מעשים טובים, בסוד הפסוק אם תמצאו את דודי וגו' ובסוד הפסוק ומשחרי ימצאוני וגו', כל המשחיר עצמו על דב"ת וועט זיכער זוכה זיין צו די הייליגע אור השי"ת וואס ליגט אינעם תורה הק', און דורכדעם וועלן מיר זוכה זיין צו והיא כתר לראשך אז עס זאל נתעורר ווערן די אור הוי"ה בבחי' יחידה בהתגלות אורו של משיח ברחמים במהרה בימינו אמן.