דע חכמה לנפשך קבלה משפטים תשס"ז

דע חכמה לנפשך קבלה משפטים תשס"ז - - דע חכמה לנפשך קבלה משפטים תשס"ז המשך - - צוריק צו דע חכמה לנפשך קבלה בלעטל


דא"ח רעוא דרעוין פרשת משפטים תשס"ז פון ר' יצחק מאיר מארגנשטערן

שבת שקלים
ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם: (שמות כ"א, א')

וברש"י הק': ואלה המשפטים. כל מקום שנאמר אלה פסל את הראשונים ואלה מוסיף על הראשונים מה הראשונים מסיני אף אלו מסיני. ולמה נסמכה פרשת דינין לפרשת מזבח לומר לך שתשים סנהדרין אצל המזבח:

סדר עליית היחודים בעבודת התפילה

א] עס ווערט געברענגט אין כתבי האר"י הק' זי"ע (שער הגלגולים ל"ט), אז עס זענען פארהאן פארשידענע סארטן נשמות ביי כלל ישראל, עס זענען פארהאן נשמות וואס זייער שורש איז פונעם יחוד ישראל ורחל (א), וואס דאס איז דער יחוד ביי מוסף שבת קודש, און עס זענען פארהאן נשמות וואס זייער שורש איז פונעם יחוד יעקב ורחל, וואס די יחוד איז אין די ימי החול ביי תפילת שחרית, און אזוי אויך זענען פארהאן נשמות וואס זענען וואס זייער שורש איז פונעם יחוד יעקב ולאה, וואס די יחוד איז אין די ימי החול ביי תפילת מעריב, וואס ביינאכט ביז חצות הלילה איז דער זיווג יעקב ולאה נאר פון העכערן חזה דהיינו פון אינמיטן מידת תפארת און העכער, און פון חצות און ווייטער איז דער זיווג יעקב ולאה אין די גאנצע קומה, דהיינו אז לאה נעמט איבער די פלאץ פון רחל, און אזוי אויך איז פארהאן א יחוד יעקב ולאה ממש סוף פונעם נאכט ממש פאר עס טאג'ט און צופרי דעמאלס ווערט דער יחוד יעקב ורחל כנ"ל.

כ"ד כיתות נשמות הן משורשי היחודים דבחי' יעקב ולאה

שרייבט דער הייליגע אר"י זי"ע אז פונעם שורש היחוד ביי חצות הלילה איז פארהאן 10 כיתות נשמות, און פונעם יחוד פון פארטאגס איז פארהאן 2 כיתות נשמות, און פונעם יחוד פון תפילת ערבית איז פארהאן נאך 12 כיתות נשמות, וואס צוזאמען זענען דאס 24 כיתות נשמות וואס זייער שורש איז מכח די יחוד פון ביינאכט, און דער עיקר המשכה פונעם אור הגאולה שלימה און ביאת משיח צדקנו ליגט אויף די נשמות, און די אלע תלמידי האר"י הק' זי"ע זענען געווען מכח די כיתות נשמות, בסוד הפסוק אמר שומר אתא בוקר וגם לילה, וואס איז מרמז אויפן אור הגאולה וואס קומט דורך די נשמות וואס זייער שורש איז בסוד תפילת ערבית ביז חצות, און בסוד הפסוק אם תבעיון בעיו שבו אתיו, וואס איז מרמז אויפן אור הגאולה וואס קומט דורך די נשמות וואס זייער שורש איז בסוד דער יחוד פון נאך חצות ביז צופרי, דהיינו אז די נשמות וואס זענען בבחי' לאה האבן די כח ממשיך צו זיין דעם אור הגאולה.

הנשמות שהן משורש יחוד לאה הן ממשיכים אור הגאולה

דער ביאור הענין איז אז די נשמות וואס זענען בשורש יחוד רחל, איז זייער עיקר עבודה בסוד תורה דהיינו בבחי' חכמה (ב), אבער די נשמות וואס זייער שורש איז פונעם יחוד לאה, איז זייער עיקר עבודה בסוד תפילה בסוד הפסוק ועיני לאה רכות, די עבודה פון לאה אמנו ע"ה איז געווען תפילות ותחנונים מיט בכיות, און דייקא די נשמות האבן די כח צו ברענגן די גאולה שלימה, ווי דער פסוק זאגט תיכתב זאת לדור אחרון ועם נברא יהלל י-ה, דהיינו אז דער עיקר כח פון אונזער דור די דור האחרון וואס מיר דארפן צו ברענגן די גאולה שלימה, איז מיטן עבודת התפילה וואס ווערט אנגערופן הלל והודיה, און הגם די נשמות וואס זענען בשורש רחל, זענען בעצם די העכערע נשמות וויבאלד זיי קומען פון אן העכערן שורש היחוד, עכ"ז וועט די גאולה קומען דייקא דורך די עבודה פון די נשמות וואס זענען משורש לאה, וויבאלד דער אור הגאולה איז בבחי' ומלאה הארץ דעה את הוי"ה, און די עבודה איז דייקא דורך די קלענערע נשמות וואס זיי זענען מפרסם אלוקות אפי' אין די נידריגע מקומות.

ענין שבת שקלים וזקיפת ראשן של ישראל ע"י אור האמונה טהורה

ב] די פסוק זאגט זה יתנו כל העובר על הפקודים מחצית השקל בשקל הקודש זאגן די הייליגע חז"ל (מד"ר במדבר י"ב ג'), מלמד שנתקשה משה במחצית השקל, משה רבינו ע"ה האט שווער אויפגעכאפט דער ענין פונעם מחצית השקל, ביז השי"ת האט איהם געוויזן א מטבע של אש און השי"ת האט איהם געזאגט כזה יתנו, און נאך ווערט געברענגט אין חז"ל (מדרש תנחומא) כי תשא את ראש וגו', בכל שנה כשישראל קורין פרשת שקלים כאלו אתה זוקף את ראשן וכו', וואס די גאנצע ענין איז מרמז אויפן סוד האמונה, דהיינו די התקשרות מיטן אור האמונה דהיינו מיטן שכינה הק' מיט א בהירות בסוד זה יתנו בסוד הפסוק זה אלי ואנוהו, וואס דער מענטש כאפט זיך נישט אז דער עיקר עבודה און דער יסוד העבודה איז אריינצופלאנצן אין זיך אמונה טהורה, זיך צו מקשר זיין מיט יעדן פעולה און יעדע טריט און שריט, און ווער רעדט נאך וועגן יעדע מקרה וואס געשעהט, דארף מען אריינצוקריצן אין זיך אז אלס איז בלויז בלויז פון השי"ת אליינס, אין עוד מלבדו מלא כל הארץ כבודו עילת כל העילות וסיבת כל הסיבות, און ווי עס ווערט געברענגט אין זוה"ק (ח"א כ"ד:), אז דער בנין המלכות איז דער יסוד היסודות ועיקר העבודה, וכידוע אז מלכות איז מרמז אויפן שכינה הק' בסוד עולם העשיה, דהיינו אז אין די וועלט וואס עס איז אזוי שטארק פארנעפלט די אור האמונה, און דער הסתר פנים איז מורא'דיג גרויס וואס אפי' דער מענטש וויל לעבן מיט אמונה, ווערט ער דאך צובראכן אויף יעדע קלייניגקייט וואס גייט איהם נישט, אבער דער ריכטיגע מאמין במציאות הבורא ית"ש, ווייסט אז יעדע ריהר וואס ריהרט זיך דא אויף די וועלט, איז אלעס מיט א פונקטליכע חשבון און השגחה עליונה פון השי"ת דער מקור הרחמים וחסדים, און דאס איז דער ענין פונעם מחצית השקל דער סוד פון מטבע של אש, דהיינו די בהירות אינעם אמונה טהורה בבחי' זה יתנו מיט א אמת'ע קלארקייט, און ממילא טאמער דער מענטש טוהט לעבן מיט אן אמת'ע קלארע אמונה אין השי"ת, איז ער זוכה צו א נשיאת ראש און מחילת עוונות, ווייל ער ווערט מיטן גאנצע קומה איין שטיק דביקות אין השי"ת, און ממילא ווערט ער נתרחק פונעם רע און ער ווערט נאנט צום טוב און צו די קדושה, און דאס איז דער כח פונעם שבת שקלים וואס משה רבינו ע"ה דער רעיא מהימנא קדישא, טוהט צוהעלפן יעדע איד ער זאל זיך קענען מדבק זיין אינעם אור האמונה טהורה, און ממילא זוכה זיין צו די ריכטיגע עליית המדרגות און מחילת העוונות, וויבאלד מען איז דאך איין שטיק דביקות אין השי"ת מיט אן אמת און א פשטות און נאטירליכקייט.

עיקר העבודה ללחום עם קלי' עמלק המחשיך העיניים

איז אבער די עבודה פון אמונה נישט אזוי איינפאך אינעם עלמא דשיקרא, און ווי דער פסוק זאגט מן המצר קראתי י-ה ענני במרחב י-ה, דהיינו אז דער אנהייב פונעם עבודה אין אמונה איז גאהר שווער, און עס זעהט אויס פארן מענטש אז עס איז כמעט אוממעגליך, צו לעבן מיטן העכערן ריינע אמונה שלימה, דארף מען אבער צו וויסן אז דייקא דאס איז די קלי' עמלק ימש"ו, און ווי חז"ל הק' (מדרש תנחומא כי תצא) זאגן אין השם שלם והכסא שלם עד שימחה שמו של עמלק, און דאס איז בסוד הפסוק מן המצר קראתי י-ה, דהיינו אז דאס וואס דער אמונה טהורה איז אזוי שווער און באהאלטן פונעם מענטש איז, ווייל די קלי' עמלק פארלייגט זיך אויפן מענטש איהם צו קאלט מאכן אינעם עבדות הבורא ב"ה, וואס דאס איז דער בחי' פונעם שם י-ה וואס עמלק האט דאס גורם געווען, און דערפאר דארף מען צוביסלעך גיין מדרגה לדרגה, קודם אדורך שניידן די אלע הסתרות אינעם אור האמונה טהורה, און דערנאך זיך צו רייניגן און הייליגן מיטן אור האמונה העכער און העכער.

תחילת דרך העבודה הוא לחיות באמונה ותפילה פשוטה

ג] און די ערשטע עבודה איז בבחי' תפילת מעריב דהיינו די יחוד יעקב מיט לאה מן החזה ולמעלה [עיין הגה' א'], דהיינו די עבודה בפשטות אריינצופרעגלן אין זיך די אור האמונה מיט א פשטות און אמת, דהיינו אז יעדע דבר קטן וגדול וואס פעהלט פארן מענטש, זיך צוגעוואוינען אלס צו בעטן פון השי"ת כבן המתחטא לפני אביו, וואס דורכדעם באקומט דער מענטש א פנימי'דיגע קשר צו השי"ת, וואס ער לעבט מיטן מציאות אז אלס וואס געשעהט איז בלויז אבינו שבשמים, און אלס וואס ער דארף איז בלויז אבינו שבשמים, און ווי דער פסוק זאגט אל תבטחו בנדיבים בבן אדם שאין לו תשועה, וואס די יסוד איז א גרויסע עיקר אינעם לעבן פון א איד, צו לעבן מיטן שטענדיגן פשוט'ן געדאנק אז יעדע פרט ופרט איז אלס אבינו אב הרחמן, און דאס זעהן מיר ביי לאה אמנו ע"ה, וואס הגם עס איז געווען א קלארע זאך אז יעקב אע"ה גייט חתונה האבן מיט רחל אמנו ע"ה, און עשו הרשע גייט חתונה האבן מיט לאה אמנו ע"ה, עכ"ז איז זי נישט געווארן געבראכן ביי זיך נאר אדרבה, זי האט געוויסט מיט א קלארקייט אז יש מנהיג לבירה, און גארנישט קען נישט געשעהן אן זיין הנהגה, און אויב אזוי קען מען זיך דאס אויסוויינען דאס הארץ און בעטן ביי איהם ער זאל משנה מאכן די גזירה, און ווי די פסוק זאגט ועיני לאה רכות אויסגעוויינטע אויגן פון אסאך תפילות ותחנונים, און ווי מיר זעהן אז זי האט דאס אויסגעפועל'ט, און די עבודה איז ליידער אביסל אפגעשוואכט אין די וועלט, וואס מענטשן מיינען אז דער עיקר עבודה איז נאר אין תורה צו ואקסן א גרעסערע למדן און ת"ח, און ווי דער פסוק זאגט ורחל היתה יפת תואר וגו', דהיינו אז די עבודה פון תורה בחי' רחל בסוד חכמה, די עבודה איז שיין און גרויס אינעם בריאה, אבער מען דארף צו וויסן אז נאר דורכן עבודה פון תפילה וועלן מיר זיך האלטן אינעם שווערן גלות, און נאר דורכן עבודת התפילה וועלן מיר ארויסגיין פונעם גלות, בסוד הפסוק תיכתב זאת לדור אחרון תפילה לעני כי יעטוף, און ווי מיר זעהן אז די גאנצע בריאה האט השי"ת אוועקגעשטעלט, אז דורכן כח התפילה קען מען משנה זיין מצרה לצהר מנגע לעונג, און די עבודת התפילה ווערט אנגערופן בבחי' יחוד יעקב ולאה ביי תפילת ערבית, וואס דעמאלס איז דער יחוד נאר מיט לאה אליינס, וואס לאה איז די בחי' פון תפילה בפשטות ובתמימות.

שלימות עבודת התפילה הוא לייחד אור רחל עם לאה

דארף מען אבער צו וויסן אז דער עיקר אור הגאולה וואס כנ"ל אז דער אור הגאולה איז מען ממשיך נאר דורכן עבודת התפילה, איז מיטן עבודת התפילה בבחי' יחוד יעקב ולאה נאך חצות הלילה, וואס דעמאלס איז דער עיקר זמן וואס ווערט נתעורר אין אלע עולמות העליונים, די תשוקה צו דער גאולה שלימה בסוד הפסוק קול ברמה נשמע וגו', וואס ביי חצות הלילה גייט די שכינה הק' אראפ אין די עולמות בי"ע, דהיינו אז די מידת מלכות גייט אראפ פון איהר פלאץ צו די גלות פלעצער, און ממילא ווערט ליידיג איהר פלאץ אין אצילות, קומט די פרצוף פון לאה און נעמט אויך איבער איהר פלאץ, און ממילא ווערט דעמאלס די יחוד יעקב און לאה אינעם גאנצן קומה, און דער ביאור הענין איז, כנ"ל אז רחל איז מרמז אויפן אור החכמה און די אור פון גילויים און יחודים (ג), וואס בעצם איז דער שורש התורה אויך פונעם שורש הגילויים, אבער ווען מען איז מצרף די עבודה פון לאה מיט רחל איז דער ביאור הענין, אז נישט נאר אז מען דארף זיך משלים זיין מיטן עבודת התפילה בשלימות כבן המתחטא לפני אביו וכנ"ל, נאר די אופן התפילה דארף צו גיין אויף אן העכערן אופן, דהיינו מיט יחודים און א מורא'דיגע דביקות באור העליון, וואס די עבודת התפילה איז גאהר חשוב אין הימל, וויבאלד דאס טוהט מברר זיין גרויסע בירורים און מתקן זיין די גאנצע בריאה, און ממילא טוהט דאס צוברענגן די וועלט צום תיקון השלם און צו די גאולה שלימה, און ווי דער הייליגע אר"י זי"ע האט געזאגט אז אין הימל האט מען שטארקע טענות, אויף די וואס זענען משיג גרויסע השגות און אורות אינעם תפילה, פארוואס מען טוהט נישט דינען השי"ת מיט השתפכות הנפש יעדע נאכט ביי חצות הלילה, און דאס איז געווען איינע פון די גרויסע עבודות פונעם הייליגן בעש"ט זי"ע, וואס ער האט אריינגעפלאנצט די עבודת התפילה עס זאל זיין אויף א גרויסע און ברייטע פארנעם, און דאס איז וואס חז"ל זאגן אז תפילה איז פון די דברים העומדים ברומו של עולם ובני אדם מזלזלין בו, דהיינו אז דורכן עבודת התפילה בשלימות קען מען זוכה זיין ממשיך צו זיין די אור הגאולה, אבער וויבאלד אין די אויגן פון מענטשן אנערקענט זיך דאס נישט ממילא איז מען מזלזל אין דעם.

הערות שוליים

רעדאַקטירן