דע חכמה לנפשך קבלה כי תצא תשס"ט המשך

דע חכמה לנפשך קבלה כי תצא תשס"ט - - דע חכמה לנפשך קבלה כי תצא תשס"ט המשך - - צוריק צו דע חכמה לנפשך קבלה בלעטל


ענין תיקון חצות שרחל צועקת במר ליבה בתוך עמקי הקלי', להוציאה ולהעלותה מגלותה

וואס דאס איז דער ענין פון תפילת מעריב און תיקון חצות, וואס תפלת מעריב איז דער יחוד נאר מיטן בחי' פון לאה, און איהר מקום איז דאך באדעקט פונעם פרצוף בינה, און דערפאר איז דאס מרמז אויף חשכות און הסתרה, משא"כ נאך חצות גייט די שכינה הק' וואס איז בבחי' רחל אריין אין די קלי' און פון דארטן שרייט זי אויף די גלות, [וואס די צעקה איז די בחי' פון די צעקה וואס די נשמות פון די רשעים שרייען מן המצר קראתי י-ה, און ממילא דורכדעם גיבט זי אוועק איהר מקום פאר לאה, און אזוי ווי מיר זעהן טאקע אז נאך חצות איז דער יחוד מיט די גאנצע קומה פון לאה, דהיינו אז לאה ווערט פארלענגערט אויך אויפן מקום פון רחל, און ממילא קען מען דורכדעם מתקן זיין און מעלה זיין די גאנצע פרצוף פון לאה, וואס כנ"ל אז דאס איז מרמז אויף די עבודה פון תשובה, וואס דאס איז געקניפט און געבינדן מיט די צעקות פון די רשעים וואס זענען אין די קליפות וואס הייבן זיך אויף מכח די ירידה פון רחל], און דאס שרייבט דער הייליגע רבי אייזיקל מזידיטשוב זי"ע בשם זיין רבי הרב הקדוש ר' צבי הערש מזידיטשוב זי"ע אז דאס איז געווען דער ענין וואס רחל האט איבערגעגעבן איהרע סימנים פאר לאה, דהיינו אז רחל איז אראפגעפאלן אין די עולמות בי"ע און האט איבערגעגעבן איהר מקום פאר לאה כדי דורכדעם זאל לאה קענען ווערן מתוקן.

החילוק קבין יעקב אע"ה למשה רבינו ע"ה היה שמשה רבינו ע"ה לקח את האשה הכושית מרצונו

איז יעקב אבינו ע"ה האט מתקן געווען לאה נאר אין איהר מקום, דהיינו אז דורכדעם וואס רחל האט איבערגעגעבן איהר מקום פאר לאה, האט מען געקענט מתקן זיין די בחי' פון לאה, אבער יעקב אבינו ע"ה וויבאלד לאה איז ביי איהם געווען בבחי' האחת שנואה, ממילא האט ער נאר געקענט מתקן זיין לאה אין איהר אמת'ע מקום, וואס דאס איז אינעם אויבערשטן חלק פונעם פרצוף זעיר אנפין, אבער משה רבינו ע"ה וואס האט חתונה געהאט מיט צפורה פון זיין אייגענע ווילן, ממילא האט משה רבינו ע"ה מתקן געווען די גאנצע קומה פון לאה, וואס די שפיץ פון איהר קומה קומט אן ביזן דעת דזעיר אנפין, וואס דערפאר האט משה רבינו ע"ה זוכה געווען צו זעהן די קשר פון די תפילין של ראש פון השי"ת, וויבאלד ער האט מתקן געווען די קומה פון לאה ביזן דעת, וואס די דעת איז מרמז אויפן קשר פון די תפילין של ראש.

יעקב אע"ה תיקן תפילת ערבית שהיא בחי' רשות בחי' מלחמת הרשות

ה] און יעצט לאמיר מבאר זיין וואס איז די עבודה בבחי' יעקב אבינו ע"ה און וואס איז די עבודה בבחי' משה רבינו ע"ה, כידוע וואס חז"ל זאגן אז יעקב אבינו ע"ה האט מתקן געווען תפילת ערבית, און ווי עס ווערט געברענגט אז תפילת ערבית ווערט אנגערופן תפילת הרשות, וכנ"ל אז רשות איז בגימ' די שם שקוצי"ת, וואס דאס איז דער שם פונעם עבודת התפילה ש'ועתינו ק'בל ו'שמע צ'עקותינו י'ודע ת'עלומות (ר"ת שקוצי"ת), וואס די עצם תפילה איז דער בחי' פון מלחמה, [ווי חז"ל זאגן הקול קול יעקב והידים ידי עשו דהיינו אז דער געווער פון אידישע קינדער קעגן די סט"א און די קלי' איז מיטן כח פון תפילה], און ווי עס איז ידוע וואס עס ווערט געברענגט אין זוה"ק אז עס איז פארהאנען 66 טעג וואס איז דא אסאך מקטריגים און גזירות אויף אידישע קינדער ה"י, און נאר בכח די תפילות פון אידישע קינדער קען מען צורייסן די אלע גזירות רעות און זיי מהפך זיין לטובה ולברכה.

סוד העבודה בבחי' לאה דהיינו בבכיות וצעקה, שזהו בחי' מחצה מפני שמעורר בחי' הישות

וכידוע וואס חז"ל זאגן אז תפילה עושה מחצה דהיינו ווען די עבודה און די אופן פונעם תפילה איז בבחי' מחצה, דהיינו בבחי' לאה וואס כנ"ל אז לאה פארנעמט נאר א האלבע פרצוף בבחי' מחצה, דעמאלס קען טאקע דער תפילה פון דער מענטש נישט אויפטוהן די גאנצע תכלית, און ווי מיר זעהן אז לאה אמנו ע"ה האט נישט אויפגעטוהן מיט איהרע בכיות איהר גאנצע ישועה, זי האט דער עיקר אויפגעטוהן אז זי איז געראטעוועט געווארן פון די הענט פון די קלי' דהיינו עשו הרשע, אבער זי איז נישט אנגעקומען אויף איהר ריכטיגע מקום דהיינו ספי' כתר כנ"ל, די בחי' פון דעם איז כידוע אז די מקור און די שורש פון וויינען איז מכח סוד האש, וואס די שורש האש איז בבחי' בינה וואס איז מרמז אויף דינים, די זעלבע זאך הגם ווען א מענטש דארף האבן א ישועה איז ער מעורר רחמים גדולים מיטן עבודת התפילה דורך בכיות וצעקות, איז דאס אבער נישט דער שלימות ההמתקה, ווייל בינה איז דער סוד פון ישות וואס ישות קומט מכח האש וואס דאס איז דער היפך פון התבטלות דהיינו חכמה, ממילא דורכדעם ווערט נתעורר די ענין פון פירוד לבבות צווישן מענטשן, וואס די גאנצע פירוד לבבות קומט מכח די ישות, און ווי עס ווערט געברענגט אין חז"ל (תענית ח' ע"א) טאמער איינער האט געפויעלט א ישועה ומגי"ס דעתו עליו דהיינו אז ער האלט זיך שטאלץ אז ער האט אויסגעפויעלט א ישועה, מביא אף לעולם ברענגט ער צארן אויפן וועלט, וכידוע אז ג"ס [דהיינו גאוה] איז דער זעלבע אותיות ס"ג, וואס דאס איז דער שם פון בינה [ע"ב חכמה ס"ג בינה וכו'], דהיינו אז אינעם עבודה בבחי' בינה איז פארהאן אויך די חלק פון ישות, און דערפאר דארף מען מצרף זיין צו די עבודה אויך די בחי' פון תפילת שחרית וואס שחרית איז בבחי' יחוד יעקב ורחל וואס רחל איז בבחי' חכמה וואס חכמה איז מרמז אויף ביטול און קרירות, און דורכדעם קען מען צוקומען צו די שלימות הישועה, וואס דאס איז די בחי' פון א"י וואס אין א"י ווערן פאראייניגט זיך די בחי' פון לאה מיט רחל וואס דאס ווערט אנגערופן בבחי' שמים, וואס שמים איז נוט' אש ומים און וואס איז דער יחוד צווישן ביטול און ישות, און כידוע אז א"י איז בבחי' שמים כלפי חוץ לארץ, וואס חוץ לארץ איז בבחי' רשות דהיינו בסוד תפילת ערבית וכנ"ל.

בחי' העבודה של משה רבינו ע"ה לגלות אור היחוד בתוך נגלות התורה הק'

אבער ווען משה רבינו ע"ה איז געקומען, איז זיין עבודה געווען בבחי' מתן תורתנו הק', וואס בעצם האט משה רבינו ע"ה מגלה געווען בעיקר נגלות התורה הק', וואס נגלות התורה הק' ווערט אנגערופן בבחי' אש דהיינו בבחי' ישות, אבער פון צווייטן זייט ווערט משה רבינו ע"ה אויך אנגערופן משה רעיא מהימנא קדישא וואס דאס איז די אור פון די סודות התורה הק', וואס די סודות התורה הק' איז די עבודה פון ביטול הישות און די דביקות אינעם אור היחוד, ממילא אז משה רבינו ע"ה האט געטוהן מגלה זיין די סודות התורה הק' אין די נגלות התורה הק', האט ער געטוהן מיט דעם מאיר זיין און מתקן זיין די פרצוף פון לאה אין איהר גאנצע קומה דהיינו אויך אינעם חלק פון רחל וכנ"ל, ווייל ביי יעקב אבינו ע"ה הגם ער האט אויך גענומען לאה, איז זי אבער געווען בבחי' שנואה כי שנואה לאה, משא"כ משה רבינו ע"ה האט גענומען ציפורה מרצונו הטוב, ממילא האט ער מתקן געווען די פרצוף לאה אין איהר גאנצע קומה אפי' אינעם חלק פון רחל, ווייל וויבאלד עס איז געווען מרצונו הטוב, האט ער דאך מרצונו זיך מדבק געווען אין לאה און נישט אין רחל, ממילא האט ער אראפגענידערט רחל אין די עולמות בי"ע, און דורכדעם האט לאה איבערגענומען איהר מקום, און אזוי האט ער מעלה געווען די גאנצע קומה פון לאה ביזן דעת וואס איז בבחי' קשר תפילין של ראש, וואס דאס איז בבחי' תיקון חצות כנ"ל.

ביאור סוד הפסוק בעל הבור ישלם והמת יהיה לו

און דאס איז וואס עס ווערט געברענגט אין זוה"ק (רע"מ רע"ט ע"א), אויפן פסוק כי יכרה איש בור וגו' ונפל שמה שור און חמור בעל הבור ישלם והמת יהיה לו, אז דאס גייט ארויף אויף משה רבינו ע"ה, כידוע שור איז די בחי' פון משיח בן יוסף וואס איז בבחי' בכור שורו הדר לו וגו', און חמור איז בבחי' משיח בן דוד וואס איז בבחי' עני ויושב על החמור, דהיינו אז דורכן עבודה פון משה רבינו ע"ה צו מתקן זיין די פרצוף פון לאה, האט ער אראפ גענידערט די פרצוף פון רחל, כדי לאה זאל איבערנעמען איהר מקום כדי צו קענען יונק זיין פונעם בחי' חכמה וואס איז מרמז אויפן שלימות התיקון בסוד מסירת הסימנים, וואס דאס איז די בחי' פונעם נפילת השור [דהיינו השבירה בבחי' לאה בסוד הנפילה בספי' בינה], ונפילת החמור [דהיינו ירידת רחל לבי"ע כדי איבער געבן איהר מקום פאר לאה], זאגט דער פסוק בעל הבור ישלם דהיינו אז אויף משה רבינו ע"ה ליגט די אחריות צו משלים זיין און מפייס זיין די שכינה הק' דהיינו רחל, וואס האט אראפגענידערט אין בי"ע דהיינו אינעם גרעסטן חשכות כדי צו קענען מתקן זיין בחי' לאה, און ווי דער פסוק איז מבאר ווייל והמת יהיה לו דהיינו אז ער האט גורם געווען די גאנצע ירידה פון רחל, דהיינו וויבאלד ער האט געוואלט מעלה זיין בחי' לאה, האט זי ממילא געמיזט איבערנעמען די מקום פון רחל, ממילא האט רחל באקומען די ירידה.

פיוסו של משה רבינו ע"ה אל השכינה הן דיבורים בבחי' אמונה

און די פיוס השכינה הק' [וואס משה רבינו האט איהר געדארפט מפייס זיין], איז ווי עס ווערט געברענגט ביי משה רבינו ע"ה, ווען ער האט געוואלט ארויסנעמען וואסער פון די אבן [שטיין], וואס אב"ן איז מרמז אויפן שכינה הק' [ב"ן איז בבחי' מלכות כידוע און א' איז בבחי' כתר וכנ"ל אז כתר מיטן מלכות זענען מקושר], האט השי"ת געזאגט ודברתם אל הסלע דהיינו אז ער זאל גיין שטארק מיטן עבודת הפיוס ועבודת הדיבור, און הגם כלל ישראל איז נישט געווען אין די מדרגה און טאקע דערפאר האט ער צום סוף געשלאגן די שטיין, האט דאך משה רבינו ע"ה געזאגט צו כלל ישראל אז דער גאנצע פגם איז געקומען נאר "יען אשר לא האמנתם בי", דהיינו אז כלל ישראל האט נישט געהאט די ריכטיגע אמונה, אבער משה רבינו ע"ה איז יא געווען אין די בחי' פון ודברתם אל הסלע.

סוד הדיבור הוא לגלות אור האמונה במקומות החשכים ביותר ובמקומות השפלים ביותר

וכידוע אז דיבור איז בבחי' פה, און כנ"ל אז פה איז מרמז אויף מלכות, מלכות פה תורה שבעל פה, וואס דאס איז דער סוד האמונה, כידוע אז מלכות איז דער סוד האמונה בסוד וידע כל פעול כי אתה פעלתו ויבין כל יציר כי אתה יצרתו, און דאס איז דער עבודה פון פיוס השכינה הק', צו מגלה זיין און מאיר זיין די אור האמונה אין די נידריגסטע און אין די פארפינסטערטע מקומות, און צו מגלה זיין אז דייקא פון די מקומות קען מען זיך אויפהייבן און אנקומען צו די העכסטע מדרגות בבחי' כתר, ווייל דאס איז דאך דער גאנצע תכלית הבריאה, מעלה צו זיין די אלע ניצוה"ק וואס זענען אראפגעפאלן מכח די ערשטע שבירת הכלים, און מיט דעם וואס א איד איז זיך מחזק און טוהט תשובה צו השי"ת, טוהט ער מעלה זיין מיט זיך אלע חלקי הקדושה וואס געפונען זיך ארום איהם, און בעצם איז דאס דער תכלית הירידה פון רחל אין די עולמות בי"ע, כדי דארטן צו שרייען און וויינען אויפן ביטערן גלות, און דערנאך זיך מחזק זיין מיט שירות ותשבחות בסוד שיר פשוט כפול ומשולש ומרובע [וואס דאס איז דער סוד תיקון הכללי כידוע], און דורכדעם מעלה צו זיין אלע חלקי הקדושה צו זייער מקום.

חשיבות עבודת בעל תשובה שמגלה אור השי"ת בכל המקומות

און דאס קומט בעיקר דורכן עבודה פון דיבורים דהיינו צו רעדן און רעדן און נישט פארטיג ווערן פונעם עבודה פון דיבורים פון אמונה מיט התגלות כבוד שמים, אז אדרבה דייקא אינעם חושך ליגט די גרעסטע אורות בבחי' כתר וכנ"ל, און דאס וואס א צדיק וואס טוהט תשובה קען זוכה זיין, קען א צדיק מעיקרא נישט זוכה זיין, [און הגם די עבודה איז אודאי אויך שייך אפי' פאר די גרעסטע צדיקים יעדער איינער אין זיין מדרגה, ווי הרה"ק מראפשיטץ זי"ע האט געזאגט אז אין די עולמות העליונים ווי מען דערמאנט נאר דאס ווארט חטא, דארף מען שוין האבן א טבילה במקוה], איז אבער די מדרגה און די חשיבות פון איינער וואס קערט זיך צירוק צו הקב"ה פון די טיפסטע חשכות און די גרעסטע קלי' אין לשער ואין לתאר, און בעצם איז דאס דער גאנצע תכלית הבריאה, וואס השי"ת האט באשאפן די וועלט ווייל זיין רצון איז געווען אנא אמלוך, דהיינו צו מגלה זיין מלכות שמים אין די טיפסטע מקומות פון מלכות שבמלכות עשיה שבעשיה, און דאס קען נאר זיין דורכן ירידה פון רחל אין די עולמות בי"ע.

ביאור החז"ל אמרי לפני מלכיות זכרונות ושופרות

ווי חז"ל זאגן (מס' ר"ה) אז השי"ת האט געזאגט אמרו לפני מלכיות כדי שתמלכוני עליכם זכרונות כדי שיעלה זכרוניכם לפני לטובה ובמה בשופר, דהיינו אז כדי זוכה צו זיין צו טהרת המעשים בבחי' שופר שפרו מעשיכם, וואס דורכדעם איז מען מעורר די שופר הגדול בבחי' עתיק דהיינו רחמים גדולים דהיינו די העכסטע מדרגות אין ספי' כתר, דאס איז נאר טאמער דער מענטש איז מעורר זיין מחשבה און זיכרון צו געדענקען שטענדיג, אז דער עיקר תכלית מחשבת הבריאה איז, כדי שתמלוכוני עליכם דהיינו ממשיך זיין און מגלה זיין די אור האמונה והאלוקות אפי' אין די נידריגסטע מקומות פון די בריאה, וואס דער גאנצע בריאה איז דאך פרטי פרטים פונעם מלכות שמים, און ווי טיפער מען איז מגלה די מלכות שמים, אלס מעהר איז דער מענטש ממלא זיין תפקיד אויף די וועלט און ממילא איז ער זוכה צו די העכסטע מדרגות, בבחי' תיקון השלם פון פרצוף לאה ורחל, און דאס איז דער עבודה פון מפייס זיין די שכינה הק', איהר צו ווייזן אז טאקע זי איז געגאנגען אין גלות, איז אבער דער גאנצע תכלית הירידה געווען נאר מעלה צו זיין און מגלה זיין מלכות שמים מעהר און מעהר, און אזוי צוקומען צום תיקון השלם.

עבודת האדם בחודש אלול ימי הרחמים והסליחות צ"ל בהדרגה קודם בבחי' לאה ואח"כ בבחי' רחל

ו] און דאס דארף מען אבער צו וויסן אין די יעצטיגע צייט די ימי הרחמים והסליחות, וואס יעדער איינער כאפט איהם אן א ציטער און א שרעק מה יענה ליום הדין ובמה יצטדק ביום התוכחה ובמה יזכה ביום הדין הגדול והנורא שמתקרב ובא, דארף מען צו וויסן אז קודם כל דארף מען זיין אן עובד השי"ת בבחי' לאה דהיינו בבחי' הכאת הסלע בכח האש מיט צעקות און בכיות, און אזוי ממתיק זיין די דינא קשיא בסוד לאה, און ווי דער הייליגע זוהר טייטשט אינעם פסוק ובכתה את אביה ואת אמה ירח ימים אז דאס גייט ארויף אויפן חודש אלול, וואס א יעדע איד וויינט זיך אויס צום טאטן אין הימל אבינו מלכנו החזירינו בתשובה שלימה לפניך, און מען קען נישט זיין אן עובד השי"ת גלייך בבחי' רחל, און ווי מיר זעהן אז יעקב אבינו ע"ה האט גלייך געוואלט מתקן זיין די בחי' רחל, האט איהם השי"ת בכח געגעבן לאה, און נאר נאכן תיקון לאה קען מען זיך מדבק זיין מיטן עבודת פון מאיר זיין און מגלה זיין מלכות שמים אין אלע מקומות הבריאה, וואס דאס איז בסוד הפסוק וראית בשביה אשת יפת תואר וואס איז מרמז אויף רחל וואס געפונט זיך אין בי"ע, וואס דעמאלס דארף מען אריינשיינען די אור הבכורה בסוד והיה הב"ן הבכו"ר לשנואה, דהיינו אז כדי אלעס צו מתקן זיין דארף מען אריינשיינען די אור החכמה [בחי' בכורה] אינעם שכינה הק' בחי' ב"ן כנ"ל ודו"ק.

ז] און דאס איז דער פשט דעה חכמה לנפשך דהיינו אז דער עיקר העבודה איז ממשיך צו זיין פונעם אור החכמה דהיינו בחי' רחל אינעם מלכות, דהיינו כנ"ל אז דער עיקר העבודה איז ממשיך צו זיין די התגלות המלכות [מלכות בחי' נפש] אין די טיפסטע מקומות, וואס דאס איז געווען די עבודה פון משה רבינו ע"ה, וואס ער האט זיך מוסר נפש געווען צו ווערן באגראבן אין חוץ לארץ אין אזא מקום וואס איז נישט ראוי פאר איהם (רעיא מהימנא ר"פ ע"א), כדי צו מגלה זיין די אור התורה אפי' אין די נידריגסטע מקומות, און אזוי אויך זענען די סודות התורה באהאלטן אין אזעלעכע אופנים וואס נישט יעדער קען צוקומען צו דעם, און דייקא אזוי קען מען מעלה זיין אלע חלקי הקדושה וואס זענען באהאלטן אין די עולמות בי"ע, וואס בעצם זענען די אלע חלקי הקדושה די ניצוה"ק בבחי' לאה וואס כנ"ל אז דארט ביי די מקום פון לאה איז געווען די שבירה, אבער זייער עליה און תיקון קען נאר זיין דורכן צדיק השלם וואס פארמאגט אין זיך דער אור החכמה והביטול בבחי' משה בסוד רחל.

און דורכדעם איז מען זוכה צו והיא כתר לראשך דהיינו אז מען איז מגלה די כתר עליון אז די אלע נידריגסטע מקומות זענען בעצם אור האלוקי ממש, וואס דאס איז מרומז אינעם פסוק אין רות ויהי בימי שפוט השופטים וגו' ויהי רעב בארץ וגו', דהיינו אז כדי צו מתקן זיין די גאנצע בריאה עס זאל זיין מזוכך צו מקבל זיין די התגלות האלוקות בבחי' שופט כל הארץ, דארף מען אראפנידערן אינעם טיפסטע מקום המלכות בבחי' רעב בארץ [כנ"ל אז מלכות איז בבחי' ארץ], און אזוי איז מען מגלה אינעם מלכות וואס איז בבחי' אות ד' בסוד דלה ועניה, די י' מיני ניגוני וואס איז בסוד שיר פשוט כפול ומשולש, וואס דורכדעם ווערט די אות ד' אויף די אות ה' [ד' מיט א י' איז ה'], און דורכדעם ווערט נתגלה די כתר העליון בבחי' ארץ ישראל, וואס דער פסוק זאגט עיני הוי"ה אלוהי"ך בה מראשית השנה עד אחרית שנה, דהיינו מקשר זיין די ראשית [כתר] מיטן אחרית [מלכות], און מגלה זיין די אמת'ע יחוד רחל ולאה בסוד מוסף שבת, ווי דער כלה וואס ווען זי גייט אקעגן דער חתן ווערט זי נאך העכער פונעם חתן אליינס בסוד כתר העליון ושופר גדול בסוד עתיק, וואס דאס איז דער סוד פון נצור מצות קדושך שמור שבת קדשך דהיינו די אור דלעתיד לבא, ווי דער פסוק זאגט ובאו האוברים מארץ אשור והנידחים מארץ מצרים והשתחוו להוי"ה בהר הקודש און תיכף ומיד זאלן מיר שוין זוכה זיין אז עין בעין יראו בשוב הוי"ה ציון בביאת גואל צדק ברחמים במהרה בימינו אמן.