דע חכמה לנפשך קבלה יתרו תשס"ז המשך

דע חכמה לנפשך קבלה יתרו תשס"ז - - דע חכמה לנפשך קבלה יתרו תשס"ז המשך - - צוריק צו דע חכמה לנפשך קבלה בלעטל


דא"ח רעוא דרעוין פרשת יתרו תשס"ז פון ר' יצחק מאיר מארגנשטערן

התקשרות לעבודת הצדיקי אמת זי"ע שהכינו לנו הדרך בג' חלקי העבודה הנ"ל, א' אהבת ישראל, ב' וגילוי האלוקות בבחי' חכמה, ג' וגילוי האלוקות בסוד בינה, וזהו סוד עבודת יתרו

ו] און מען דארף צו וויסן און צו גלייבן אז אונז זענען מקושר צו אלע צדיקי אמת פון אלע דורות, וואס האבן אונז צוגעגרייט דער ריכטיגע אמת'ע וועג אין עבודת השי"ת, און מיט זייער כח און זכות וועלן מיר קענען אנקומען צום תכלית כוונה העליונה, וכידוע אז די פריעדיגע צדיקים זי"ע האבן אונז צוגעגרייט די עבודה בבחי' משיח בן יוסף בסוד אות י' פונעם שם הוי"ה הק', דהיינו די עבודה פונעם דביקות אינעם מראה האלוקות בבחי' חכמה, צו זיין בטל ומבוטל און מגלה זיין אין יעדע זאך דאס אלוקות וואס איז אין איהם, בסוד עץ החיים בסוד מעשה מרכבה, און די שפעטער'דיגע צדיקי אמת האבן אונז צוגעגרייט די עבודה בבחי' משיח בן דוד בסוד אות ו' פונעם שם הוי"ה הק', דהיינו אז זייער עבודה איז געווען צו אויסברייטערן די עבודה פון די פריעדיגע צדיקים בסוד התפשטות פונעם אות ו', וואס דאס איז די עבודה פון דביקות אינעם תורה"ק, בסוד עץ הדעת בסוד מעשה בראשית, דהיינו בבחי' ז"א וואס איז בסוד אות ו' פונעם שם הוי"ה הק'[1], דהיינו אריינצולייגן די אלע גרויסע אורות און השגות אין די מידות הק' און צו לעבן מיט זיי, אבער אונזער עבודה איז צו לעבן שטענדיג מיטן געדאנק אז כלה כמות שהיא (כתובות י"ז.), דהיינו צו זעהן נאר די חשיבות און מעלות פון כלל ישראל, און אזוי איז מען זיך מקשר מיט אלע חלקי שם הוי"ה הק', און ממילא קומט מען אן צו דער אמת'ע מטרה, וכידוע אז אלע צדיקים זי"ע האבן אין דעם אריינגעלייגט גרויסע עבודות, וכידוע אז הרה"ק דער רבי פון לובלון זי"ע, פלעגט יעדן טאג שטיין און לויבן און דאנקן השי"ת, אויף דעם וואס עס איז אראפגעקומען אזא גרויסע הייליגע נשמה פון הרה"ק דער בארדיטשובער רב זי"ע, וואס האט ארויסגעברענגט די חשיבות פון כלל ישראל אויף א מורא'דיגע פארנעם, און ער האט אריינגעקריצט די עבודה אויף אלע קומענדיגע דורות, און דאס איז געווען דער בחי' וואס יתרו האט געזאגט צו משה רבינו רעיא מהימנא ע"ה, ואתה תחזה מכל העם אנשי חיל וגו' שרי אלפים שרי מאות וגו', ווי חז"ל זאגן אז יתרו האט געהאט זיבן נעמען (מכילתא ועיין לקו"מ ח"ב ב' י'), דהיינו אז ער האט משיג געווען די שורש פון די ז' כיתות נשמות בני ישראל, און ער האט זיך אמת'דיג מקשר געווען מיט אלע ריבוי הפרטים פון די חלקי נשמות בנ"י, וואס איז מרמז אויף די אלע חלקי הפרטים פונעם שם הוי"ה הק', און דערפאר האט ער משיג געווען די אור פון ואתה תחזה מכל העם, דהיינו אז אין יעדע איד איז פארהאן אן אור וואס איז בבחי' צדיק הדור, וואס נאר ער פארמאגט די אור און נאר ער קען אויספירן און משלים זיין די חלק שם הוי"ה הק' וואס געהערט צו איהם, וואס נאר דורכדעם קומט מען אן צום שלימות עבודת התפילה, און ממילא צום שלימות עבודת התורה וגילוי האלוקות בבחי' תרין משיחין וואס דאס איז דער שלימות קבלת התורה בבחי' תורה דעתיקא סתימאה.

העבודה שלנו בסוד אור חוזר להיתדבק באותי' התורה"ק בהתקשרות עם שורש נשמות בנ"י וסוד התפילה

און אונזער עבודה איז בבחי' אור חוזר, דהיינו אז מען דארף גיין מדרגא לדרגא צוביסלעך, ביז מען וועט זוכה זיין אנצוקומען צום תכלית פון צו זיין דבוק אינעם מנורת זהב, דהיינו אז מען דארף זיך מדבק זיין אינעם לימוד התורה"ק בהתמדה וביגיעה, און הגם השי"ת האט א גרויסע נח"ר פון יעדע ביסל תורה"ק וואס א אידיש קינד זיצט און לערנט, עכ"ז דארף מען לערנען מיט דביקות אין השי"ת, דהיינו צו וויסן ווער איז דער נותן התורה השי"ת דער מלך מלכי המלכים, און השי"ת יושב כנגדו און לערנט צוזאמען מיט איהם די תורה"ק, און ממילא אז מען לערנט אויף די מדרגה, איז ווען עס איז עפעס שווער אינעם לימוד התורה"ק און עס ווערט א בחי' פון הסתרה און העלמה, און מען פאלט אריין אין מוחין דקטנות, איז נישט גענוג אז מען שארפט אויס דעם אייגענעם שכל צו ניצן מעהר דעם קאפ צו פארשטיין דעם פשט אין וואס מען לענרט, נאר מען איז זיך באלד מדבק אין השי"ת און מען בעהט זיך אבינו אב הרחמן ותן בלבנו בינה להבין ולהשכיל וגו', און ווי עס ווערט פוהל מבואר פון הרה"ק אור שבעת הימים רבינו הבעש"ט זי"ע (פר' נח), אויפן פסוק צוהר תעשה לתיבה און אויפן פסוק בא אתה וכל ביתך אל התיבה, אז שטענדיג דארף א מענטש לערנען אויף דעם אופן, און בפרט ווען מען פאלט אריין אין מוחין דקטנות און מען קען נישט משיג זיין דעם לימוד התורה"ק, דארף מען זיך מדבק זיין אין די הייליגע אותי' התורה"ק, און מיט די אותי' הק' זיך מדבק זיין אינעם אלוקותו ית"ש וואס געפונט זיך אין די אותי' הק', כל התורה כולה שמותיו של הקב"ה הן, און ממילא איז מען זיך מדבק אינעם שורש העליון דהיינו אינעם עדן העליון און אינעם מעיין וואס גייט ארויס מבית ה' דהיינו דער עבודת התפילה, וכמובן צוזאמען מיטן הכרה האמיתית אז גאנץ כלל ישראל זענען צוזאמענגעשטעלט פון די אותי' התורה"ק, ווי חז"ל זאגן שישים ריבוא אותי' התורה שישים ריבוא נשמות ישראל, דהיינו אז מען איז זיך מקשר מיטן שורש נשמת בנ"י ווי צדיקים האבן געזאגט שטענדיג בשם כל ישראל, וואס דאס איז דער אמת'ע שלימות אין תפילה, ביז עס עפנט זיך אויף א טויער פון אור און חכמה בבחי' מוחין דגדלות, און ממילא ווערט מען מורא'דיג דבוק אין השי"ת און מען לעבט מיט דער נותן התורה, בבחי' היום כאילו ניתנה היום בהר סיני, און דורכדעם קומט מען אן צו די דביקות האמיתי בסוד מנורת זהב כולה בסוד מלאופו"ם.

סוד פר' יתרו ויו"ט פורים הבעל"ט סוד שלימות קבלת התורה הק'

ז] און דאס איז דער סוד פונעם שחוק דלעת"ל ווי דער פסוק זאגט אז ימלא שחוק פינו וגו', ווייל דער תורה דלעת"ל דהיינו דער תורה דעתיקא סתימאה, דאס איז דער גילוי פונעם עבודה בבחי' תרין משיחין און די עבודה בבחי' מעיין יוצא מבית ה' דהיינו תפילה און די עבודה בבחי' שבעת הנרות דהיינו די אחדות אין כ"י, וואס כנ"ל אז ווען מען לעבט מיט די עבודות כסדר, אז אפי' ווען דער מענטש פאלט אריין אין מוחין דקטנות און אין יאוש ועגמ"נ, כאפט ער זיך באלד אז דאס איז נישט ער דאס איז נישט זיין עצמי', דאס איז נאר א לבוש וואס דער שטן דער עמלק טוהט איהם אן ער זאל מיינען כאילו דאס איז זיין עצמי', און ממילא הייבט זיך דער מענטש אויף פון די אלע קטנות, און ער שרייט אויס ניצחתי ואנצח ער וועט גיין נאר מיט זיין אמת'ע עצמי', און ממילא דורך די גרויסע הייליגע עבודה, טוהט ער אויפהייבן אלע שבירות און אלע ניצוה"ק וואס זענען ליידער אראפגעפאלן דורך די יאוש פון מענטשן, און עס ווערט נתגלה אז די תכלית פון אלע בילבולי היצה"ר און נפילות, איז נישט אז עס זאל אמת'דיג זיין א מצב פון יאוש, נאר די תכלית איז אדרבה צו מגלה זיין מעהר און מעהר די אלוקות אויף די וועלט אפי' אין די נידריגסטע מקומות, און דאס איז פשט וואס עס ווערט געברענגט אז אין די הייליגע ימי הפורים הבעל"ט, איז פארהאן א נייע פרישע קבלת התורה הק', און נאכמעהר קיימו מה שקיבלו כבר זאגן חז"ל (שבת פ"ח.), דהיינו אז די פורים'דיגע קבלת התורה איז מיט א קיום דהיינו אן קיין שום שבירה, ווייל עס איז געווען א קבלת התורה מתוך שמחה און מיט אהבה.

און דער ביאור הענין איז אז דאס איז קלאר אז קבלת התורה מוז זיין מתוך יראה, ווי חז"ל זאגן אז קבלת התורה דארף צו זיין באימה ויראה רתת וזיעה (ברכות כ"א.), אבער פון צווייטן זייט זאגן חז"ל אז פארן לערנען דארף מען זיך משמח זיין מיט א מילתא דבדיחותא (שבת ל:), דהיינו אז הגם בעצם איז פארהאן אסאך שוועריגקייטן אינעם לימוד התורה"ק בסוד כל התחלות קשות (מכילתא יתרו), וואס דאס איז מרמז אויף די אלע בילבולים און הסתרות וואס דער שטן וויל מנצח זיין דעם עובד השי"ת, דארף מען אבער צו וויסן אז די תכלית פון די אלע העלמות איז נאר צו מגלה זיין דעם שחוק דלעת"ל, דהיינו די עצמי' האלוקות וואס דאס איז דער בחי' פון וכל העם רואים את הקולות, ווי הרה"ק דער בעל התניא האט געזאגט, אז די ערב רב וואס זיי לעבן מיט די חיצוני', זיי האבן נישט געהאט קיין השגה אין דעם, ווייל נאר דער וואס לעבט מיט עצמי' הקדושה ער קען האבן אן השגה אין די בחי' פון אין דהיינו די קולות וואס האבן נישט קיין ממשות, און ווי הרה"ק מוהרנ"ת שרייבט (לקו"ה נפילת אפים ד'), אז דאס איז דער ענין פון די צוויי כתרים וואס יעדע איד איז באקרוינט געווארן בשעת'ן זאגן נעשה ונשמע, דהיינו די בחי' פון מסי"נ נעשה אז מיר גייען טוהן די מצוות, אפי' ווען עס איז נישט בבחי' נשמע דהיינו אז דער שכל דערהערט נישט די מצוה, וואס דאס איז דער בחי' פון זיך מדבק זיין אינעם עצמי' הקדושה און נישט נתפעל ווערן פון אלע בילבולים און נפילות וואס דער שטן שיקט אינטער, און טאקע דערפאר האבן זיי זוכה געווען צו דער בחי' פון כתר, וואס כתר איז בבחי' אין דהיינו אז מען איז אינגאנצען מבטל די אייגענע ישות, און מען איז זיך מדב קאינעם עצמי' הקדושה בסוד אנכי הוי"ה אלוה"יך, דהיינו מגלה צו זיין די ישות דקדושה בסוד שחוק דלעת"ל, דהיינו כנ"ל מגלה און מרבה זיין אלוקות אין די גאנצע בריאה, ביז עס וועט מקיום ווערן ומלאה הארץ דעה את הוי"ה, און דאס איז דער סוד פונעם הייליגן יו"ט פורים, וואס קומט נאך פר' יתרו קריאה מעורר את הזמן, וואס דעמאלס ווערט נתגלה דער ענין השחוק דלעת"ל בסוד קיימו מה שקיבלו כבר.

סוד נעשה ונשמע בבחי' מטי ולא מטי

און דאס איז בעצם די פרטי העבודה בשעת מען איז עוסק אינעם תורה"ק בסוד נעשה ונשמע, וואס דאס איז דער בחי' פון תלמוד חכם, כידוע אז חכם איז דער סוד החכמה בבחי' אין בסוד כח מה, און תלמוד איז דער בחי' פון ישות, דהיינו וויבאלד ער האט אן השתוקקות צו מקבל זיין מעהר און מעהר, די עצם ההשתוקקות ווערט אנגערופן בבחי' ישות וויבאלד "ער" וויל און "ער" איז זיך משתוקק, און די ביידע בחי' דארף א מענטש האבן צום לערנען, דהיינו בשעת'ן לערנען איז מען בבחי' ישות דהיינו אז ער לערנט און ער קען און ער פארשטייט, אבער בשעת עס ווערט א בחי' פון הסתרה און קטנות המוחין, דארף מען זיך באניצן מיט די ביידע כתרים בסוד נעשה ונשמע, דהיינו זיך מדבק זיין אין די אותי' התורה"ק וואס דאס איז בחי' נעשה בסוד מלכות [עולם העשיה], און דורכן דביקות האמיתי אין די אותי' התורה"ק, צוצוקומען צום מעיין היוצא מבית הוי"ה דהיינו דער עבודת התפילה באמת, און דערנאך איז מען זוכה צו דער נייע אור אינעם תורה"ק, דעמאלס איז מען זיך משתוקק צו פארשטיין נאך מעהר וואס דאס איז בבחי' נשמע בסוד בינה, וואס דאס איז דער סוד הכתר בסוד מטי ולא מטי, דהיינו אז ער איז זיך מבטל אינגאנצן און איז זיך מעורר מיטן עבודת התפילה און דערנאך ווען ער איז זוכה צום אור איז ער זיך משתוקק מעהר און מעהר.

דעה חכמה לנפשך להיות בטל להשי"ת בבחי' השתוקקות

און דאס איז דער פשט דעה חכמה לנפשך והיא כתר לראשך, דהיינו כידוע אז נפש איז די קלענסטע בחי' דהיינו בבחי' מלכות, והיינו אז ווען דער מענטש זעהט ווי דער תורה"ק איז סתום וחתום פון איהם און ער קען דאס נישט משיג זיין, דארף ער זיך אינגאנצן מבטל זיין בסוד חכמה און מגלה זיין די עצמי' הקדושה וואס ליגט אין די אותי' התורה"ק, וואס דער אמת איז דאך אזוי אז ווען א מענטש פארשטייט נישט א פשט אין זיין לערנען, איז דער אמת אז מען פאדערט פון הימל אז ער זאל ארויפגיין א העכערע מדרגה וכנ"ל, און דאס איז דער עבודה פון תפילה זיך אינגאנצן מבטל זיין צו השי"ת, און וויסן אז וואס מען איז יא זוכה משיג צו זיין אינעם תורה"ק איז נאר בבחי' מתן תורה דהיינו אז דאס איז בלויז א מתנה פון השי"ת, און דאס איז נישט בכלל אינעם אייגענעם זכות, אבער צו דעם דארף מען זוכה זיין אז מען זאל נישט זיין בבחי' ויגרש את האדם מגן עדן, און ווי חז"ל זאגן אז השי"ת האט כביכול געגעבן א גט פאר אדה"ר, דהיינו אז מען דארף זיך מקשר זיין מיט אלע נשמות בנ"י כנ"ל און נאר אזוי קען מען זוכה זיין צו די אור פונעם עדן העליון.

עיקר ההכנה לתורה הוא ע"י תפילה ועיקר ההכנה לתפילה הוא ע"י תורה

און הגם דער עיקר הכנה זוכה צו זיין צו כתר התורה איז דורכן עבודת התפילה, וכנ"ל אז דער מעיין וואס איז מרמז אויפן קוואל פונעם תפילה, דאס גייט ארויס פונעם בית הוי"ה און עס ווערט נשפע אויפן מנורה דהיינו דער תורה"ק, אבער עכ"ז האבן צדיקים זי"ע געזאגט אז דער עיקר הכנה צום דאווענען איז אויך דורך תורה, און ווי עס ווערט געברענגט פון הרה"ק דער חסד לאברהם זי"ע, אז טאמער א איד טוהט זיך צוגרייטן צום דאווענען דורך דביקות ויגיעה בתורה, איז ער דערנאך זוכה אז זיין דאווענען גייט צו מיט אן אמת'ע השתפכות הנפש, און ער פיהלט ביים דאווענען דער אמת'ע התבודדות בינו לבין קונו, און פארשטייט זיך אליינס אז דורכן דאווענען איז ער דערנאך זוכה צו א גרעסערע נייע אור התורה וכנ"ל, און דאס וואס מיר זענען נישט זוכה צו דעם, איז ווייל מיר שטייען גאהר ווייט פון די אלע מדרגות הנ"ל, צו וויסן ווי אזוי מען דארף זיך מייגע זיין אינעם תורה"ק, און ווי הרה"ק דער בעל התניא זי"ע האט געזאגט, אז די ערב רב זיי זענען געווען בבחי' וירא העם ויעמדו מרחוק, דהיינו אז זיי האבן נאר באמערקט די חלק החיצוני' פונעם מעמד קבלת התורה הק', אבער די ערליכע אידן האבן געזעהן קולות וברקים, דהיינו אז מען האט געזעהן די אלוקות וואס האט זיך פארשפרייט אויפן בריאה, און די זעלבע זאך דארף מען צו וויסן, אז דער אמת'ע לימוד התורה"ק איז נישט ווייל מען וויל וואקסן א גדול א תלמיד חכם מפורסם, ווייל דאס אלעס איז דער בחי' פון די לימוד התורה פון די ערב רב רח"ל, אבער דער אמת'ע דביקות אינעם תורה"ק איז, זיך צו מדבק זיין אינעם אור התורה"ק מיט אן אמת'ע דביקות, און צו זיין בבחי' נעשה ונשמע מטי ולא מטי, צו וויסן אז יעדע העלמה און הסתרה מיינט מען אז מען דארף זיך אויפהייבן אינעם עבודת הדביקות, און מען דארף זיך מעהר משתוקק זיין זוכה צו זיין צום אור העליון, און אויף דעם דארף מען צוברעכן אלע מחיצות המבדילים בינינו לבין קוננו אבינו אב הרחמן, און ממילא איז מען זוכה דערנאך צום אמת'ע אור התורה, און ווי עס ווערט מבואר אין די כתבי הראשונים, אז ווען מען לערנט אויף דעם שטייגער איז מען זוכה צו מחילת העוונות, און דאס איז דער פשט דעה חכמה לנפשך והיא כתר לראשך, דהיינו אז דער עיקר עבודה איז ממשיך צו זיין אויף זיך די אור החכמה דהיינו דער אמת'ע התבטלות צו השי"ת, און ממילא איז מען זוכה ממשיך צו זיין די גרויסע אור הכתר בסוד תורה דעתיקא סתימאה, און צו די גרויסע עבודת התפילה, און ווי הרה"ק דער קאז'ניצער מגיד זי"ע האט געזאגט אז פונקט ווי דער עיקר גאולת מצרים איז געקומען דורכן עבודת התפילה, ווי דער פסוק זאגט ויאנחו בני ישראל ויצעקו בני ישראל וגו', אזוי אויך וועט דער עיקר גאולה העתידה לבא ב"ב זיין דורכן עבודת התפילה.

זאל השי"ת העלפן אז מיר זאלן זוכה זיין צו די גרויסע אור בבחי' נעשה ונשמע און צו א נייע קבלת התורה און צו די אור התפילה בשלימות און צו אהבת ואחדות ישראל בסוד שבעת נרותיה און ממילא וועלן מיר זוכה זיין ממשיך צו זיין דער רוח החיים רוח הוי"ה ב"ה וואס איז מכניע אלע קלי' און משטינים און בקרוב זאלן מיר זוכה זיין צו ביאת גואל צדק ברחמים במהרה בבימינו ממש אמן.

יתרו שבע שמות נקראו לו וכו' יתר שיתר פרשה אחת בתורה ואתה תחזה (מכילתא יתרו פ"א)

עס ווערט געברענגט אין חז"ל (ספרי וזאת הברכה שנ"ב) אז די אייניקלעך פון יתרו, האבן אפגעלאזט אלע תאוות עולם הזה און זייזענען געגאנגען אין מדבר, און זיי האבן געלערנט תורה ביי עתניאל בן קנז וואס ווערט אנגערופן יעבץ, און עס ווערט געברענגט אין חז"ל (תמורה ט"ז.) אז עתניאל בן קנז האט געבעטן השי"ת, אז ער זאל קענען מרביץ תורה זיין פאר אסאך תלמידים און ער זאל נישט אריינפאלן אין עצבות ח"ו, דער ביאור הענין איז כידוע אז עתניאל בן קנז איז געווען פון די גאהר גרויסע נשמות, וואס זענען אינגאנצן ארויסגעגאנגען פון די הענט פונעם שטן אזוי ווי דוד המלך ע"ה, און די נשמות האבן גאהר אסאך נסיונות און שוועריגקייטן אין מידת העצבות, און ממילא האט ער גאהר אסאך געבעטן אז ער זאל נישט אריינפאלן אין קיין עצבות.

הקושיא הידועה האיך אפשר שדוקא ע"י יתרו נתגלה הפרשה הנורא של ואתה תחזה

איז אבער שווער צו פארשטיין ווי קען דאס זיין אז דייקא דורך די בני בניו פון יתרו וואס זענען אפי' נישט געווען ביים מעמד מתן תורה, און אפי' אויב יא זענען זיי נאר געווען בבחי' העלמה אבער נישט בגילוי, און דייקא דורך זיי איז נתגלה געווארן די אלע הלכות וואס איז פארגעסן געווארן בשעת די פטירה פון משה רבינו ע"ה, און כידוע אז עתניאל בן קנז האט דאס צוריק מגלה געווען (תמורה ט"ז), און ווי עס ווערט געברענגט אין חז"ל (תענית ז.) קומט אויס אז דער עיקר גדלות פונעם רבי איז דורכן כח פון זיינע תלמידים ומתלמידי יותר מכולם, איז ווי קען דאס זיין אז דייקא דורך זיי איז נתגלה געווארן אזא גרויסע חלק התורה, און נאכמעהר דארף מען פארשטיין כידוע אז דער הייליגע פרשה פון ואתה תחזה מכל העם וגו', ווערט מבואר אן קיין שיעור סודות התורה פון די שרטוטים פונעם מענטש, איז ווי קען דאס זיין אז אזא הייליגע פרשה זאל נתגלה ווערן דייקא דורך יתרו חותן משה.

בחי' יתרו הוא בינה ועי"ז זכה לגלות ולההתפשטות פרטי וחלקי נשמות בנ"י

נאר דער ענין דערפון איז כנ"ל אז כלל ישראל האט זוכה געווען בשעת מתן תורה צו צוויי כתרים כנ"ל, דהיינו אז כ"י האט זוכה געווען צום אור הכתר, וואס דאס איז מרמז אויפן תורה דעתיקא סתימאה, דער בחי' פון מטי ולא מטי, דהיינו די השתוקקות און דער עבודה פון צוברעכן אלע העלמות און זיך מדבק זיין אין השי"ת בתכלית הדביקות, אבער יתרו ער איז געווען בבחי' בינה, וואס בינה איז דער בחי' פון התפשטות האור, וואס דערפאר האט ער געהאט א מורא'דיגע אהבת ישראל, ווייל ער האט משיג געווען דער בחי' כנ"ל אז אלע פרטי נשמות בנ"י זענען פרטי שם הוי"ה הק' און גאנץ כ"י צוזאמען זענען איין קומה שלימה און א מרכבה שלימה פארן שכינה הק', און טאקע דערפאר האט יתרו נישט געקענט זיין ביים מעמד הר סיני, ווייל ער וואלט נישט פארטראגן די אור הכתר וויבאלד ער איז געווען בבחי' בינה, און וויבאלד ער איז געווען בבחי' בינה, האט ער זוכה געווען מגלה צו זיין די פרשה פון ואתה תחזה, וואס דארט ווערט מבואר דער ענין פון פארשטיין און מאחד זיין גאנץ כ"י דורך די שרי אלפים שרי מאות וכו', און דערפאר איז מרומז אין די פרשה די אלע גרויסע סודות הבריאה און פרטים פונעם מענטש, ווייל דאס איז געווען דער בחי' פון יתרו, צו אנערקענען אינעם חשיבות פון א יעדע איד און צו זעהן די סודות וואס ליגט באהאלטן אין יעדע איד באזונדער, וואס קיינער קען נישט משלים זיין די תפקיד פונעם צווייטן, ווי חז"ל זאגן כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דעותיהן שוות, און דערפאר האבן די קינדער פון יתרו זוכה געווען מגלה צו זזין א גרויסע חלק פונעם תורה"ק, דהיינו די אלע פרטים וואס זענען פארגעסן געווארן בימי אבלו של משה רבינו ע"ה, ווייל זייער בחי' איז געווען פון בינה וואס דער שורש הבינה איז דער התפשטות און מפרט זיין די אלע פרטי התורה.

מוסר השכל הנלמד מיתרו שתכלית ההתרחקות אינו כי אם התקרבות

דארף מען אבער זעהן צו לערנען פון די פרשה, דער ענין וואס הרה"ק מוהר"ן זי"ע איז מבאר (לקו"מ תורה ס"ה), אז אסאך מאהל זעהט אויס פארן מענטש אז דער צדיק האמת טוהט איהם דערווייטערן פון זיך, און די זעלבע זאך זעהט אסאך מאהל א מענטש און ער פיהלט ווי ער איז דערווייטערט געווארן פונעם חי החיים מיט ירידות און נפילות, דארף מען צו וויסן אז בהעלמה און בפנימי' האט דער מענטש נישט געהאט קיין שום ירידה, וכנ"ל אז די אלע ירידות און נפילות דאס זענען נאר מצד היצה"ר והשטן, וואס ווילן מנצח זיין דעם מענטש און איהם מכניע זיין אינטער זייערע הענט, אבער דער מענטש דארף צו וויסן אז אזוי ווי יתרו מיט זיינע קינדער, זענען נישט געווען ביי מעמד הר סיני בהתגלות נאר בהעלמה, און בעצם איז דאס נישט געווען קיין שום ירידה פאר זיי, וכנ"ל אז לו יצוייר זיי ואלטן געווען ביי מעמד הר סיני וואלטן זיי אינגאנצן אויסגעגאנגען, וויבאלד זיי זענען געווען בסוד בינה און ביי מעמד הר סיני איז נתגלה געווארן דער סוד הכתר שער החמישים, וואס דאס איז דאך אויך דער ענין החירות אל תקרי חרות אלא חירות חירות ממלאך המות, אבער זיי זענען געווען משורש הבינה, און נאר דורך זייער קיום האבן זיי דערנאך געקענט מגלה זיין די הייליגע מורא'דיגע פרשה פון ואתה תחזה, און דער אלע הלכות וואס זענען פארגעסן געווארן בימי אבלו של משה, זעהן מיר א מורא'דיג מוסר השכל, אז יעדע ירידה אדער התרחקות וואס א מענטש האט איז בעצם בלויז בלויז א התקרבות (לקו"מ רס"א, ח"ב מ"ח), ווי דער רבי זי"ע שרייבט אז דער תכלית ההתרחקות איז התקרבות, נאר בחיצוני' זעהט דאס אויס ווי אן התרחקות און נפילה, אבער אין אמת'ן איז טוב הוי"ה לכל און אין יעדע פעולה וואס פירט זיך פון אויבן איז אלעס בלויז רחמים וחסדים גדולים.

זאל השי"ת העלפן אז מיר זאלן צו האבן די ריכטיגע שכל צו אנערקענען אז אפי' עס מאכט זיך א ירידה אדער נפילה פארן זאל מען נישט זעהן די חיצוני' נאר דער פנימי' הענין אז אלעס איז נאר כדי מעהר און מעהר נתקרב צו ווערן צו השי"ת און בכח די אמונה וועלן מיר זוכה זיין צו ביאת גואל צדק ברחמים במהרה בימנו ממש אמן.

הערות שוליים

רעדאַקטירן
  1. כידוע אז דער דעם הוי"ה הק' איז אקעגן די אלע ה' פרצופים הכללים, קוצו של י' בסוד כתר, י' בסוד חכמה, ה' בסוד בינה, ו' בסוד ז"א [ו' מידות], ה' בסוד נוקבא [מלכות].