דע חכמה לנפשך קבלה חיי שרה תשס"ז המשך
דע חכמה לנפשך קבלה חיי שרה תשס"ז - - דע חכמה לנפשך קבלה חיי שרה תשס"ז המשך - - צוריק צו דע חכמה לנפשך קבלה בלעטל
דא"ח רעוא דרעוין פרשת חיי שרה תשס"ז
ג] און צו די גרויסע אור פון עתיק, איז מען זוכה נאר דערנאך וואס דער מענטש האט זיך אויסגעאיידלט און אויסגערייניגט, און איז אדורך געגאנגען אסאך ירידות און נפילות נסיונות און ביטערקייטן, אבער ער שטארקט זיך און איז זיך מחזק, ביז ער דערגרייכט צו א מורא'דיגן התבטלות במציאות, וואס ער אנערקענט אז מען איז בטל במציאות און עס איז נישט שייך בכלל עפעס א מציאות אויסער כבוד מלכות שמים, און ממילא אינטרעסירט איהם נישט ווי זיין מצב האלט, צו ער איז בבחי' עליה אדער גאהר פארקערט בבחי' נפילה, צו ער איז אין א מצב פון התרוממות, אדער אין א מצב פון חשכות, אלעס איז ביי איהם גלייך, ווייל ער אליינס איז דאך גארנישט מיט נישט, נאר אלעס איז בלויז בלויז מעשי ידיו פון הקב"ה, איז אויב אזוי וואס אינטרעסירט איהם ווי אזוי השי"ת פירט זיין וועלט, די גאנצע הנהגה פון השי"ת האט גארנישט מיט איהם זעלבסט [כמובן בפשטות אז אין די צייט פון א נסיון טאהר מען ח"ו נישט אזוי טראכטן נאר מען דארף זיך צו שטארקן און מאכן א נחת רוח למי שאמר ונעשה רצונו], דעמאלס קומט מען צו צו די מדרגה פון עתיקא קדישא, וואס עתיק איז די שורש התענוג פון השי"ת, וכנ"ל אז בעצם הגם אונז האבן נישט קיין שום השגה אינעם אור אין סוף וואס דאס איז די ערשטע גילוי פון השי"ת, אבער עכ"ז האבן מיר נישט קיין שום השגה אין הקב"ה זעלבסט, און ממילא קען מען זיך שוין פארשטעלן ווי גרויס עס איז געווען די ערשטע צימצום פון השי"ת, ווען ער האט זיך מצמצם געווען זיין מורא'דיגע אור וואס מיר האבן נישט קיין השגה בכלל וכלל, כדי עס זאל ווערן די גרויסע אור אין סוף, נאר וויבאלד די תענוג פון השי"ת איז געווען צו באשאפן די בריאה נתאוה לו להקב"ה לעשות לו דירה בתחתונים, און ממילא האט ער פון גרויס תענוג מצמצם געווען זיין אור כדי עס זאל קענען ווערן די בריאה און עס זאל קענען נתגלה ווערן מלכות שמים אויפן וועלט.
און טאקע דערפאר ווייסן מיר אז די קלענסטע מידה דהיינו מלכות איז איהר שורש אינעם רישא דלא איתידע [דהיינו רדל"א וואס איז די בחי' פון למעלה מטעם ודעת], בסוד במקום גדולתו שם אתה מוצא ענותנותו, ווייל די גאנצע צימצום פונעם אור אין סוף וואס ווערט אנגערופן רישא דלא איתידע, איז דער עיקר מטרה געווען צו מגלה זיין מלכות שמים אין די עשיה שבעשיה דהיינו אין די נידריגסטע מקומות, וכנ"ל אז דער עיקר רצון פון השי"ת איז, אז אין אונזער בריאה זאל ווערן א דירה א וואוינונג פאר הקב"ה, און ממילא טאמער מען איז זיך מדבק אינעם שורש ההתבטלות, ביז מען ווערט דבוק אינעם אור העליון בסוד עתיקא קדישא, ווערט מען בבחי' שבת קודש וואס שטייט שבו איש תחתיו וגו', דהיינו די בחי' פון עניוות און ביטול המציאות, אז עס אינטרעסירט נישט פארן מענטש צו איינער שטערט איהם אין זיין עבודה, ווייל די גאנצע ענין וואס א מענטש ווערט געשטערט דורך מפריעים און משטינים אין אלע סארטן אופנים צו בגוף צו בנפש צו רוחני' צו גשמי', אלעס קומט ווייל דער מענטש פארמאגט אין זיך די בחי' פון ישות דהיינו די בחי' פון "אני", אבער ווען דער מענטש איז מגלה די "אני דקדושה" דהיינו מידת מלכות וואס מלכות איז בבחי' "ישות ואני" דהיינו די עולם העשיה, און וואס די שורש ה"אני דקדושה" איז אין עתיקא קדישא, וואס עתיק איז די בחי' פונעם שורש התענוג העליון וכנ"ל בסוד נתאוה לו להקב"ה וכו', און דער מענטש מיט זיין התנהגות בבחי' שבו איש תחתיו דהיינו די התבטלות וואס דער מענטש איז זיך מבטל צו יעדע איינער, איז מגלה די מלכות וואס דאס איז די בחי' פונעם יחוד העליון יחוד קודשא ב"ה ושכינתיה, וואס די שכינה הק' איז בבחי' מלכות און עתיק דהיינו רישא דלא איתידע איז בבחי' קודשא ב"ה דהיינו די העכסטע מקום פון הקב"ה, איז ווען איינער איז מגלה די פנימי' ההתבטלות און דערגרייכט ביזן שורש תענוג העליון, אז גארנישט טוהט איהם שטערן פון זיין עבודה, איז ער מייחד די מלכות דהיינו די שכינה הק' מיטן רדל"א דהיינו עתיק, וואס דאס איז דער סוד אז רבקה אמנו ע"ה וואס איז בבחי' נוקבא דהיינו מלכות, איז איהר שורש געווען ביי לבן וואס לבן איז דער סוד פונעם לובן העליון וואס דאס איז בבחי' עתיקא קדישא דהיינו די אויסגעלייטערסטע מקום[1], און ממילא פארמאגט דער מענטש נישט בכלל קיין אייגענע "אני", און ווי חז"ל זאגן (סנהדרין פ"א.) היורד לאומנות חבירו הרי זה כאילו טימא את אשת חבירו, דהיינו אז דער וואס ער פארמאגט נאך אן אייגענע ישות וואס איז בבחי' מלכות בבחי' נוקבא, איז וועהר עס שטערט איהם אין זיין עבודה ווערט ער אינגאנצן מבולבל, אבער דער וואס האט מגלה געווען די "אני וישות דקדושה" דהיינו אז ער פארמאגט נישט קיין שום אייגענע אינטערעסן אין זיין עבודה, און ממילא ווערט ער נישט געשטערט פון קיינעם אין זיין עבודה, וויבאלד ער איז דבוק אינעם תענוג העליון בסוד עתיק, דער איז מגלה און מייחד די מידת מלכות אינעם עתיק ולובן העליון בסוד במקום שאתה מוצא גדולתו שם אתה מוצא ענותנותו (עיין ליקו"מ קמא תורה ע"ט).
און דורכדעם איז מען מגלה די אור פון משיח צדקנו, וואס משיח איז די בחי' פונעם כתר העליון דהיינו די אור פון עתיקא קדישא, און וואס משיח צדקנו ער וועט מגלה זיין די אמת'ע מלכות שמים אויפן וועלט, בסוד ומלאה הארץ דעה את הוי"ה, און ווי דוד מלך ישראל חי וקים זאגט אין תהילים בטח בהוי"ה ועשה טוב שכן ארץ ורעה אמונה, דהיינו אז דער עיקר עבודה תמידית פונעם מענטש, איז צו לעבן מיט א שטענדיגע בטחון אין השי"ת, דהיינו אז אפי' עס גייט איהם נישט ווי ער וואלט געוואלט, נאר ער האט שטענדיג בילבולים און הסתרות אינעם עבודת השי"ת, דארף מען צו וויסן א ממך הכל אז אלעס איז פון השי"ת, און אלעס איז לטובה ממש, אבער די פסוק זאגט בטח בהוי"ה ועשה טוב, דהיינו אז עס איז נישט גענוג אז מען לעבט מיט בטחון א גאנצע צייט, נאר מען דארף צוקומען צו די בחי' פון ועשה טוב, דהיינו אז אלעס זאל בעצם זיין גוט און פיין, און צו דעם קען מען צוקומען נאר דורכן ריכטיגע התבטלות במציאות, וואס מען איז מגלה אז אין עוד מלבדו און אלעס איז בלויז קודשא ב"ה ממש, און ממילא דורכדעם וועט אלעס טאקע באמת ווערן בבחי' טוב (עיין לקו"מ שם), און ממילא אז דער מענטש איז דבוק אינעם אור הלובן העליון ועתיקא קדישא, איז ער ממילא מגלה די תכלית כוונת הבורא ית"ש בבחי' סוף מעשה במחשבה תחילה, דהיינו אז די תכלית הספי' איז מידת מלכות דהיינו אונזער עולם העשיה, און דאס איז געווען די ערשטע כוונה און מטרה פון השי"ת ביים באשאפן די וועלט, און דאס איז דער פשט שכן ארץ דהיינו אז דורכדעם טוהט דער מענטש מגלה זיין און מאיר זיין די סוד ארץ דהיינו מידת מלכות, וכנ"ל אז דאס איז דער עיקר יחוד קוב"ה ושכינתיה, און דאס קומט נאר דורך ורעה אמונה, דהיינו אז מען דארף זיך פאשענען מיט אמונה און מסירות נפש פאר כלל ישראל, וואס דאס איז בבחי' משה רעיא מהימנא קדישא די עבודה פון מקריב זיין די גאנצע אייגענע ישות סיי רוחני' און סיי גשמי' פאר אנדערע אידן, ווייל ער איז אזוי שטארק דבוק אינעם לובן העליון, ביז ער זעהט זיך בכלל נישט פאר א אייגענע מציאות, נאר אלעס איז בלויז כבוד השי"ת, און דאס איז די עבודה פון למעלה מטעם ודעת, דהיינו אז מען לעבט מיטן עבודה פון רישא דלא איתידע וכנ"ל.
ד] און דאס איז אויך דער פשט וואס עס שטייט אלה תולדות יצחק בן אברהם אברהם הוליד את יצחק, וואס די מפרשים שטעלן זיך שוין אויף די טאפלטע לשון, קען מען אבער מבאר זיין אז די פשט פון דעם איז, ווי פריער מבאר געווען אז די גאנצע אור אין סוף וואס איז נשפע געווארן וואס דאס איז בעצם די בחי' פון אברהם אבינו ע"ה, דהיינו די השפעה פונעם אור, איז אבער די גאנצע השפעה און די אור דורך די צימצום וואס השי"ת האט זיך מצמצם געווען כדי צו קענען משפיע זיין אויף די נידריגע מקומות, וואס די בחי' פון צימצום איז בבחי' יצחק דין, און ווען דער מענטש איידלט זיך אויס און ער איז זיך מבטל מיט אן התבטלות גמורה, וואס דורכדעם איז ער זוכה מגלה צו זיין די אור אין סוף ב"ה, דהיינו די עצם תענוג האלוקי אן קיין שום אייגענע ישות, און דייקא דארט אין די גרויסע מקום איז ער מגלה די בחי' פונעם מלכות דהיינו די בחי' פון יחוד יצחק ורבקה[2], וואס דאס איז דער סוד פון יעדן יחוד איש ואשה, וואס הגם ברושם חיצוני פארשטייט מען אז א אשה איז אין א קלענערע מדרגה פון א איש, איז אבער די אמת אז אן אשה איז בסוד עטרת בעלה דהיינו די קרוין פונעם מאן, בסוד הפסוק נקבה תסובב גבר דהיינו אז די נקבה איז די אור המקיף פונעם מאן, וכנ"ל אז די עיקר אור פונעם מלכות דמלכות דהיינו עשיה שבעשיה, קען מען נאר מגלה זיין דורכן זיך מבטל זיין בהתבטלות גמורה ביז מען דערגרייכט די אור אין סוף בסוד רישא דלא איתידע למעלה מטעם ודעת בבחי' אור המקיף, וואס דארטן איז אלעס בלויז אלוקות ממש, דייקא דארטן קען מען מגלה זיין אז אפי' אין די גרעסטע הסתרות בבחי' עשיה שבעשיה איז אויך אלעס בלויז אלוקות, און דאס איז די בחי' וואס די נשים זאגו ביי די ברכת השחר שעשני כרצונו, כידוע אז רצון איז בבחי' כתר העליון וואס דאס איז די ערשטע גילוי פונעם רצון העליון די העכסטע ספירה, און דייקא דורכן גרעסטן בחי' פון עניוות ושפלות דהיינו די דביקות באור אין סוף, איז מען זוכה מגלה צו זיין די מלכות שמים און צו טרעפן די אמת'ע בת זוג[3].
און דאס איז דער בחי' פון יצחק אבינו ע"ה וואס ווי עס ווערט מבואר באריכות אין חז"ל הק' (שבת פ"ט:), אז נאר אינעם זכות פון יצחק אע"ה וועלן כ"י ארויסגיין זכאי און זוכה זיין צו די גאולה שלימה, דהיינו אז יצחק אע"ה וועט זיך מוסר נפש זיין פאר כ"י און מקבל זיין אויף זיך זייערע חטאים עוונות, וואס די סוד פון מסירות נפש קומט דורכן זיך מבטל זיין בהתבטלות גמורה צום בורא כ"ע, וואס דורכדעם קען מען ממשיך זיין גרויסע אורות גאולות וישועות.
ה] און די עבודה פון מסירות נפש וואלט בעצם יעדע איד געדארפט דערגרייכן, אבער ליידער זענען מיר אין די בחי' וואס עס ווערט דערמאנט ביים עקידת יצחק [מיתת שרה], כמעט שלא נשחט דהיינו אז מיר זענען נישט אנגעקומען אין די מדרגה פון זיך לאזן שחט'ן פאר כלל ישראל און פאר כבוד השכינה הק', וואס דאס איז דער בחי' וואס די גאנצע נסיון פונעם עקידה ווערט אנגערופן על שם אברהם אע"ה, און נישט אויף יצחק אע"ה וואס בעצם איז זיין נסיון אויך געווען גאהר גרויס, אבער דאס קומט צו מרמז זיין אויף די שוואכע דורות וואס מען וועט נישט האלטן אויף די מדרגה פון זיך לאזן ממש שחט'ן פאר השי"ת נאר מען וועט זיין אין די מדרגה פון כמעט שלא נשחט, און דעמאלס וועט מען נישט קענען מגלה זיין די אור אין סוף און די פנימי' המלכות וואס איהר שורש איז אינעם אור אין סוף, און דאס איז טאקע די בחי' פון מיתת שרה בסוד נוקבא בבחי' מלכות, דארף מען אבער זיך שטענדיג מחזק זיין און ווי יצחק אע"ה, וואס גלייך נאכן עקידה איז ער געגאנגען אויפזיכן צירוק צו בויען די שכינה הק' און די מידת מלכות, און ער איז געגאנגען זיכן זיין בת זוג רבקה אמנו ע"ה, און ווי האט ער איהר אויפגעזיכט ביי לבן, וכנ"ל אז לבן איז מרמז אויפן לובן העליון בחי' רישא דלא איתידע, דהיינו צו מגלה זיין מעהר און מעהר די אור אין סוף, און דורכדעם צו מגלה זיין פנימי' המלכות און צו דערהייבן די קומת השכינה הק' ביז איהר מקום האמיתי דהיינו אינעם לובן העליון, און ווי די מקובלים זי"ע זענען מרמז אינעם פסוק ותאמר בת בתואל אנכי בן מלכה אשר ילדה לנחור, וואס די אלע נעמען זענען מרמז אויף שמות הק' און כלים וואס זענען שייך צו די העכסטע עולמות, בתוא"ל איז די אותי' ב"ת [נוק' בחי' מלכות] א"ל איז מרמז אויפן שם הק' אלב"ם וואס איז פון די שמות הק' פונעם עולם המלבוש וואס איז בבחי' רישא דלא איתידע, מלכ"ה איז מרמז אויפן פנימי' המלכות בחי' מלך, נחו"ר איז די אותי' נ' איז מרמז אויפן שער הנ' וואס איז בבחי' מלכות ח' איז בסוד עולם המלבוש ו"ר איז מרמז אויף די עולמות וואס ווערן נשתלשל פונעם עולם המלבוש (עיין דרוש המלבוש בס' ויקהל משה).
און דאס איז א שטענדיגע עבודה וואס איז שייך אפי' אויפן צדיק אמת וואס איז בבחי' יצחק אע"ה, וואס יצחק אע"ה איז געווען בבחי' עולה תמימה, מיט דעם אלעם איז ער קיינמאהל נישט ארויס פון ארץ ישראל, דהיינו אז ער האט שטענדיג זיך מבטל געווען בהתבטלות גמורה, און דורכדעם שטענדיג מגלה געווען מעהר און מעהר די אור המלכות וואס איז בבחי' ארץ ישראל בסוד שכן אר"ץ ורעה אמונה, והיינו אז אפי' דער צדיק אמת וואס איז שוין ממש א מרכבה צום שם הוי"ה הק', וואס ווערט אנגערופן בבחי' כ"ד עיניים, עכ"ז דארף ער נאך אלס מעהר און מעהר מגלה זיין און מאיר זיין די מלכות שמים, וואס דאס איז דער סוד פון הטי נא כד"ך, וואס איז מרמז אויף די שם הוי"ה מיט די כ"ד עיניים און די י"ח שורות וואס זענען מקשר צווישן די עיניים, וואס צוזאמען [כ"ד מיט י"ח] באטרעפט מ"ב[4], וואס דער שם מ"ב איז די עבודה פון מסירות נפש, וואס דער עיקר עבודה איז זיך מבטל זיין בהתבטלות גמורה, און דורכדעם צו מגלה זיין די מלכות תתאה אינעם אור אין סוף בחי' מלכות עילאה, און די עבודה איז בבחי' אין סוף ותכלית, וואס דאס איז די סוד אז גלייך נאך מיתת שרה אמנו ע"ה האט יצחק אע"ה אנגעהויבן זיכן רבקה אמנו ע"ה, און דאס איז דער סוד הפסוק ויצחק בא מבאר לחי ראי וואס איז מרמז אויפן התגלות השכינה הק', און מיט דעם קען מען מבאר זיין די טענה וואס מרים הנבואה ע"ה האט געהאט צו משה רבינו ע"ה, ווי דער פסוק זאגט אודות אשה הכושית אשר לקח, דהיינו אז מרים האט גע'טענה'ט אז משה רבינו ע"ה האט אויפגעהערט מיט די עבודה פון שפלות והתבטלות גמורה צו השי"ת, וואס שפלות איז די בחי' פון חשכות ברושם חיצוני, וואס בעצם איז מידת מלכות אויך בבחי' שווארץ [כושית], און אויף דעם איז דער תורה"ק מעיד והאיש משה עניו מאד מכל האדם וגו', דהיינו אז אפי' טאקע אמת ברושם חיצוני האט אויסגעזעהן אז משה רבינו ע"ה איז געגאנגען בדרך הגדלות בסוד כי קרן עור פניו, אבער בעצם איז ער געווען איין שטיק שפלות צו השי"ת מיט אן התבטלות גמורה, ווייל דער צדיק האמת הגם ער איז אין גאהר אן הויעכע מדרגה, עכ"ז זעהט ער דאך די גרויסקייט און הייליגקייט פון השי"ת מלא כל הארץ כבודו.
ו] און דער עצה היעוצה צו דער וואס ער פיהלט ביי זיך אז ער קען נישט דערגרייכן די גרויסע עבודות, פון צו האבן מסירות נפש אין זיך מדבק זיין קודם אינעם אור התורה הק' און דערנאך אין די אור המצוות, און ערשט דערנאך זוכה זיין צום אור הלובן העליון בחי' עתיק, דארף זעהן זיך צו מתבודד זיין און אסאך אריינטראכטן, אינעם מציאות אור האלוקי אז אלעס איז בבחי' אין עוד מלבדו אין ואפס זולתו, ביז אזוי דערנאך וועט ער זוכה זיין צו א געוואלדיגע שפלות און א ביטול הישות פאר השי"ת, און ממילא ווערט ער דבוק אינעם אור פון דוד המלך ע"ה, וואס דוד המלך איז די בחי' פון עניוות ושפלות בחי' מלכות, וואס מלכות איז די בחי' פון לית ליה מגרמיה כלום, וואס מלכות ווערט אנגערופן בבחי' שחור [דהיינו אז דער שם הוי"ה בסוד מידת מלכות שיינט מיט א שווארצע פארב], און דורכדעם וועט ער מיט די צייט זוכה זיין זיך צו מבטל זיין אינגאנצן צו השי"ת, מיט אן אמת'ע מסירות נפש בסוד אריך אנפין און מגלה זיין די אור הלובן העליון בסוד עתיק.
וואס אויף דעם בעטן מיר שטענדיג בן דוד עבדך יבוא ויגאלנו, כידוע אז שלמה המלך ע"ה איז זיך מתייחס צו דער עיקר קינד פון דוד המלך ע"ה, וואס שלמה המלך איז געווען בבחי' חכמה, וואס חכמה אקעגן עתיקא קדישא איז בבחי' ישות, און ווען כלל ישראל וואלט געווען ראוי, וואלט שלמה המלך ע"ה זיך מקשר געווען מיטן עבודה פון זיין פאטער דוד המלך ע"ה, וואס דוד המלך איז בבחי' עניוות ושפלות, וואס די שורש השפלות קומט דורכן אמת'ע מסי"נ וואס איהר שורש איז אין אריך אנפין, וואס אריך אנפין איז בבחי' מסי"נ, און ממילא וואלט שוין דעמאלס געווען דער תיקון השלם, אבער וויבאלד מיר זענען נישט געווען ראוי, איז געשעהן די גרויסע געשעהניש פון בת פרעה, און דעמאלס איז די בחי' פון בת דהיינו נוק' דהיינו מידת מלכות דערווייטערט געווארן, אבער דער עיקר עבודה איז צו מקשר זיין בחי' שלמה מיט דוד המלך, דהיינו אז אפי' מען איז שוין אין א הויעכן מדרגה בבחי' חכמה, דארף מען זיך נאך אלס מבטל זיין כאין וכאפס, און ווי עס ווערט געברענגט אין זוה"ק (תיקוני זוה"ק דף קל"ה:) אז אפי' די העכסטע מדרגה וואס איז בבחי' כתר העליון איז בבחי' שווארץ אקעגן די אור פון עילת העילות, וויבאלד עס איז שייך מדריגות בלי סוף וגבול.
און דייקא אין אונזער דור השפל דער דור האחרון, וואס עס ווערט שוין נתנוצץ די אור פון משיח צדקנו אור הכתר ולובן העליון, איז די זמן זיך צו מחזק זיין מיט די עבודה, און אפי' מען איז נאכנישט אין די מדרגה פון מסי"נ אינעם תורה"ק און אינעם אור המצוות, דארף מען זיך מדבק זיין אינעם אור פון דוי"ד המלך ע"ה, וואס ער האט מקשר געווען די נידריגסטע שיפלות צום אור אין סוף, וואס טאקע דערפאר ווערט ער אנגערופן בבחי' דוי"ד מלא מיט א י' וואס די י' איז מרמז אויפן אור העתיק בסוד לובן העליון, דהיינו אז ער האט מקשר געווען די עשיה שבעשיה אינעם אור אין סוף, און דאס איז אויך די בחי' פון שלמ"ה וואס שלמ"ה איז אותי' למש"ה, דהיינו די בחי' פון מסי"נ אפי' ווען מען איז שוין אין א הויעכע מדרגה, און ווי מיר זעהן אז שלמה המלך האט מתפלל געווען צו השי"ת אינעם ביהמ"ק נאר בזכות דוד המלך זיין טאטע, דהיינו אז ער האט זיך מבטל געווען צום אור אין סוף וואס דארט איז די פנימי' מידת מלכות, און נישט ווי אדניה בן חגית וואס האט אויך פארמאגט די בחי' פון חכמה און חן וחסד, אבער ער האט זיך נישט מתייחס געווען צו די עבודה פון דוד המלך ע"ה, נאר ער האט געקעניגט בחיי אביו דוד, אבער דער עיקר עבודה איז ווי עס שטייט ביי משה רבינו ע"ה ויסתר משה את פניו כי ירא מהביט וגו', דהיינו אז אפי' ער איז שוין געווען אין גאהר א הויעכע מדרגה האט ער זיך נאך אלס מבטל געווען צום אור אין סוף, און טאקע דערפאר האט ער זוכה געווען צו ותמונת הוי"ה יביט, ווייל ער האט דורכדעם מגלה געווען מורא'דיגע מדרגות אינעם מלכות שמים יחוד קוב"ה ושכינתיה, און ווי עס ווערט געברענגט ביי דוד המלך ע"ה,והמלך זקן בא בימים ולא יחם לו וגו', דהיינו אז דוד המלך ע"ה וואס בשורשו איז ער געווען בבחי' מידת מלכות בבחי' חשכות, וואס מלכות איז בבחי' אריך אנפין [ווייל ביידע זענען בבחי' נוקבא, אריך איז די נוק' פון עתיק], עכ"ז האט מגלה געווען די אור עתיק ולובן העליון וואס עתיק איז בבחי' זקן, און ממילא האט ער נישט געהאט די כלים צו די גרויסע אור, ביז מען האט איהם געברענגט די אבישג השונמית, דהיינו אז מען האט מאיר געווען מעהר און מעהר די בחי' מלכות ביז די טיפסטע און נידריגסטע עשיה שבעשיה, און דורכדעם איז די מידת מלכות נתעלה געווארן ביזן לובן העליון בסוד עתיקא קדישא.
און דאס איז דער פשט דעה חכמה לנפשך והיא כתר לראשך דהיינו אז הגם דער מענטש האט שוין זוכה געווען צו די גרעסטע מדריגות אין בחי' חכמה, דארף מען צו וויסן אז דער עיקר תכלית החכמה איז אויפצוהייבן די בחי' נפש, דהיינו מידת מלכות וואס ווערט אנגערופן נפש, וואס דאס איז דער סוד פון שלמה המלך וואס האט זיך מתייחס געווען צו זיין פאטער דוד המלך, און דורכדעם דייקא איז מען זוכה צום אור הכתר ולובן העליון, ווייל דארט ווערט נתגלה די שורש הצימצום, אז אלעס איז כדי מרבה צו זיין די אור אין סוף.
זאל אונז השי"ת העלפן בזכות די מסירות נפש פון משה רבינו ע"ה רעיא מהימנא בסוד הפסוק ורעה אמונה זאלן מיר זוכה זיין צום אור פון מסי"נ באמת, און מען זאל נישט מיינען אז די אלע דיבורים זענען נאר לדרושי בעלמא, ווייל דאס איז דער עיקר עבודה פון א יעדע איד אויף די וועלט און מען דארף זיך מדבק זיין און מקשר זיין מיט די דיבורים און נאר אזוי וועט מען קענען ממהר זיין ביאת המשיח צדקנו ועין בעין יראו בשוב הוי"ה ציון בביאת גואל צדק ברחמים במהרה בימינו ממש אמן.
הערות שוליים
רעדאַקטירן- ↑ כידוע אז אין ספרי קבלה [עיין אוצרות חיים] ווערט לבן אנגערופן לבן העליון. וד"ל.
- ↑ און מען קען אויך מבאר זיין וואס אסאך ספה"ק פרעגן: ווי קען דאס זיין אז יצחק וואס איז בבחי' דין און גבורה האט דייקא גענומען רבקה, וואס רבקה איז בבחי' מידת חסד, און נאכמער דער עיקר סימן וואס אליעזר האט געמאכט אויף רבקה איז געווען דייקא די מידת החסד פון איר, און ווי צדיקים זי"ע זענען מדייק וואס אליעזר האט געזאגט אותה הוכחת לעבדך ליצחק, און לכאורה ווי קען דאס זיין אז דייקא די מידת החסד איז א ראי' אז דאס איז די זיווג פון יצחק אע"ה, [און ווי מיר זען טאקע אז פאר לבן און בתואל האט ער טאקע געזאגט אשר הוכיח יהוה לבן אדני, וואס טאקע פאר אברהמ'ס א זון איז זי טאקע געווען פאסיק]?
אבער לפי הנ"ל קומט דאך אויס אז דער עיקר מטרה פון דעם צימצום און מידת הדין פון יצחק, איז אז כדי דורכדעם זאל קענען נשפע ווערן די אור אין סוף, וואס די עצם אור איז בבחי' אברהם בסוד רבקה, און דייקא דורכן התבטלות במציאות [בחי' צימצום] קען מען מגלה זיין די אור און חסדים. - ↑ און ווי חז"ל זאגן אז אויב מען איז זוכה, איז דא אין יעגן אידישע שטוב אן השראת השכינה, שכינה שרויה ביניהם, [וואס דאס איז דער סוד איז אינעם איש איז דא די אות י', און אינעם אשה איז דא דעם אות ה', וואס צוזאמען באטרעפט דאס די שם י"ה, און השי"ת טוט מאכן רויען די שם ו"ה, וואס צוזאמען איז דאס די שלימות שם יהוה], ובידוע די שארפע מאמר חז"ל אז אויף א בעל גאוה איז נישט דא קיין השראת השכינה, און אני והוא יכולים לדור, ווי באלד עס איז פאראן א אייגענע ישות, איז נישט שיין עס זאל רוען אויף אים די אור אין סוף, וואס קען נאר זיין ווען עס איז נישט פאראן קיין אייגענע ישות כנ"ל, און טאקע דערפאר דארף איבערהויפּט אין א אידישע שטוב זיין די אמת'ע עניוות און שיפלות.
- ↑ והיינו אז די שם יהוה ווערט איינגעטיילט אין אויגעלעך, אזוי אז די ציור שם יהוה הק' ווערט געמאכט פון כ"ד אויגעלעך, און צווישן די אויגעלעך איז פאראן פעדימער וואס זענען מקשר די אויגעלעך, איז פאראן י"ח פעדימער, און צוזאמען איז דאס דעם סכום מ"ב, וואס די שם מ"ב איז מרמז אויף די עבודה פון זיך מעלה זיין פון א נידריגע מקום צו א העכערער מקום, וואס דאס איז די עבודה פון מסירות נפש, התבטלות גמורה.