דע חכמה לנפשך קבלה וישב תשס"ז

דע חכמה לנפשך קבלה וישב תשס"ז - - דע חכמה לנפשך קבלה וישב תשס"ז המשך - - צוריק צו דע חכמה לנפשך קבלה בלעטל


דא"ח רעוא דרעוין פרשת וישב תשס"ו פון ר' יצחק מאיר מארגנשטערן

וישראל אהב את יוסף מכל בניו כי בן זקונים הוא לו ועשה לו כתונת פסים: (בראשית ל"ז, ג')

וברש"י הק': פסים. לשון כלי מילת כמו כרפס ותכלת וכמו כתונת הפסים דתמר ואמנון ומ"א על שם צרותיו שנמכר לפוטיפר ולסוחרים ולישמעאלים ומדינים:

תרין משיחין משיח בן דוד ומשיח בן יוסף הם בחי' לאה ורחל

א] עס איז באקאנט אז עס זענען פארהאן צוויי משיחין משיח בן יוסף וואס ער גייט אנהייבן די גאולה פון כלל ישראל מיט מלחמות, און משיח בן דוד וואס ער גייט אויספירן די גאולה שלימה, און ביידע פון זיי זענען בבחי' מידת מלכות, דהיינו אז זייער עבודה איז אויפצוהייבן די מלכות שמים, וכידוע איז אין מידת מלכות פארהאן צוויי בחי' לאה און רחל, וואס לאה איז די העכערע מלכות וואס קומט אן אקעגן די אויבערשטע חלק פונעם פרצוף זעיר אנפין, און רחל איז די נידריגע חלק המלכות וואס קומט אן נאר אקעגן די אינטערשטע חלק פונעם ז"א[1], און ווען מען רעכנט די צוויי בחי' קומט אויס בערכין, דהיינו כידוע אז בעצם ווערט די מידה פון מלכות אנגערופן די אינטערשטע חלק הפרצופים, און בדרך כלל ווערן די אינטערשטע פרצופים אנגערופן בבחי' נצח הוד וואס זענען אויך די אינטערשטע חלק פון ז"א [בדרך כלל רעכנט זיך נישט יסוד ווייל יסוד איז כולל אלע מידות], ממילא קומט אויס אז משיח בן דוד איז בבחי' נצח וואס איז דער העכערע מידה, און משיח בן יוסף איז בבחי' הוד וואס איז די אינטערשטע מידה פון ז"א (עיין קהילות יעקב ערך משיח ב"ד ומשיח ב"י).

דרך העבודה בבחי' משיח בן יוסף הוא בדרך הוד וגוונין נהירין באור החכמה

ב] והיינו אז די עבודה בבחי' משיח בן יוסף איז בבחי' הוד, כידוע אז יוסף איז דער מרכבה פאר מידת יסוד, און די כתונת פסים דהיינו די לבוש פון איהם איז בבחי' עטרת היסוד, וואס דער עטרת היסוד איז מלבוש אויפן יסוד[2], דהיינו די בחי' פון מלכות שביסוד, וכידוע אז די עטרת היסוד איז בסוד הקשת וואס אינעם קשת געפונען זיך אסאך פארבן, בבחי' ובסוד גוונין נהירין, און אזוי אויך איז די כתונת פסים געווען א בגד מיט גוונין נהורין דהיינו מיט א מורא'דיגע שיין, וואס דער בחי' דערפון איז די דרכי הדבקות וואס דער מענטש איז זיך מדבק אין השי"ת מיט גילויים, און מיט א מורא'דיגע לעכטיגקייט, וואס דאס איז דער בחי' פון מידת הוד בבחי' בגדי כהן גדול לבושי הוד, וואס דאס איז בסוד הפסוק בזאת יבוא אהרן אל הקודש, דהיינו כידוע אז זאת איז בחי' מלכות [זאת לשון נקבה בחי' מלכות נוקבא] (עיין מגלה עמוקות וישב), יבוא אהרן וואס אהרן איז אויך געווען בבחי' הוד, אל הקודש מיינט מען בסוד חכמה העליונה וואס ווערט אנגערופן בבחי' קודש, און אזוי אויך יוסף הצדיק איז בבחי' אות י' וואס דער אות י' איז אויך בבחי' קודש, דהיינו דער דרך העבודה צו דינען השי"ת מיט דביקות עילאה, דהיינו זיך אינגאנצן אויסטוהן פון די וועלט [בבחי' חכמה ביטול] און ווערן בבחי' נקודה קטנה [בסוד אות י'], און זיך משתוקק זיין צו דינען השי"ת מיט אן העכערן דביקות, און מיט א תענוג און שעשוע עליונה בבחי' יוסף הצדיק [וואס יסוד איז בבחי' תענוג כידוע], בבחי' התפשטות הגשמי' און צו זעהן פאר זיך נאר די לויטערקייט פון די העכערע גוונין עילאין.

דרך העבודה בבחי' משיח בן דוד הוא בדרך נצח ובטחון וביטול בבחי' אריך אנפין

ג] משא"כ דער דרך בבחי' משיח בן דוד איז [וואס דוד איז די העכערע חלק פון די צוויי משיחין דהיינו די צוויי בחי' פון מלכות בסוד לאה], בבחי' נצח וואס מידת נצח כלפי מידת הוד, איז מידת נצח בצד הימין און אויך אינעם העכערן חלק בבחי' ז"א אקעגן מלכות, וכידוע אז דער ז"א איז יונק זיין יניקה פון זיין העכערן פרצוף וואס דאס איז בינה[3], און די שורש פון בינה איז אין אריך אנפין וואס איז אויפן צד השמאל פון עתיק [וואס ביידע זענען אין ספי' כתר, עתיק צד הימין און אריך איז בצד השמאל], און ווי עס ווערט געברענגט אין זוה"ק (חלק ג' רצ"ב.) אז דער שורש פון ז"א איז אינעם פרצוף אריך אנפין, [און אזוי אויך איז די פרצוף פון לאה דהיינו בבחי' משיח בן דוד, וואס איז בבחי' די נוק' פונעם ז"א אויך בצד השמאל בבחי' אריך אנפין (רחובות הנהר דף ז:)].

בחי' משיח בן דוד היינו להאיר כל החשכיות וההסתרות

דהיינו אז דער עבודה בבחי' משיח בן דוד איז, אז קודם דארף דער מענטש וויסן אז מען דארף זעהן מנצח זיין די אלע קלי' און אלע משטינים און מקטריגים אינעם עבודת השי"ת מיט א געוואלדיגע נצחון, וואס דאס איז בבחי' נצח בבחי' בינה, דהיינו די עבודה פון יגיעה מיט התבוננות הלב צו אויסרייסן די גאנצע שלעכטס פונעם הארץ, אבער אינעם זעלבן זמן דארף מען צו זיין בבחי' ובסוד הפסוק נעימות בימינך נצח, דהיינו בבחי' נועם העליון בסוד אריך אנפין, דהיינו אז אפי' מען האט ליידער געכאפט א נפילה און א ירידה אינעם עבודת השי"ת, און עס איז געווארן פינסטער מיט א מורא'דיגע חשכות און מיט א שרעקליכע הסתרת פני ה', דארף מען זיך אינגאצן מבטל זיין און צו ווערן כאין וכאפס ממש, און צו גלייבן אז אלעס דהיינו יעדע פרט ופרט איז זיכער געקומען פון השי"ת מיט אן עקסטערן השגחה פרטית, און מען דארף מקבל זיין די אלע יסורים באהבה[4], און זיך מחזק זיין מיט א אמת'ע בטחון אין השי"ת אז לא ידח ממנו נידח, און דער רצון השי"ת איז אז יעצט אין די מינוט זאל ער פון גארנישט טראכטן, נאר אויספירן זיין יעצטיגן ציווי השי"ת מיטן גאנצן ברען, דהיינו זיך מחזק זיין און זיך אויפהייבן פון די נפילה, און דינען השי"ת באמונה שלימה אפי' עס איז איין שטיק חשכות, ווייל נאר אזוי איז ער יעצט ממלא זיין יעצטיגן תפקיד און שליחות פון השי"ת, און דאס איז די סוד פון אריך אנפין דהיינו זיך אינגאנצן מבטל זיין צו השי"ת בבחי' כתר, דהיינו אז מען איז אזוי בטל ומבוטל אז מען טראכט אפי' נישט אריין אין די עצם העבודה פונעם ביטול, ווייל מען איז דאך גארנישט מיט נישט ממש, און אלעס פירט זיך מיט א פונקטליכע חשבון פון אויבן, און וואס איז בכלל די גאנצע זאך פונעם אריינטראכטן אין די מצב, עס האט דאך ממילא נישט קיין שייכות מיט מיר פערזענליך.

בחי' יהודה שנפל מכל מדריגותיו בסוד וירד יהודה מאת אחיו וחיזק א"ע בבטחון שלימה גרם לו שהוריד נשמת משיח בעולם וכן הוא אצל כל או"א

און דאס האט מען געזעהן ביי יהודה, וואס איז געווען בבחי' משיח בן דוד בסוד מידת נצח, וואס אפי' ער האט געכאפט א מורא'דיגע ירידה נאכן מכירת יוסף, און ווי דער פסוק זאגט וירד יהודה מאת אחיו, דהיינו אז ער איז אראפגעפאלן פון אלע זיינע מדרגות, וואס ער איז דאך געווען דער מלך צווישן די הייליגע שבטי י-ה, און יעצט איז ער פארטריבן געווארן פון זיין גרויסע מדרגה, מיט דעם אלעם האט ער זיך מחזק געווען מיט א געוואלדיגע בטחון אין השי"ת, אז אלעס האט זיכער פונקט אזוי געדארפט געשעהן מיט א קלארע חשבון, און אדרבה ער האט געזאגט ביי די מעשה פון תמר די ווערטער "צדקה ממני", וואס מיר האבן נישט קיין השגה אין די געוואלדיגע עבודה פון יהודה, וואס פון דעם קען זיך יעדע איד מחזק זיין אין יעדע מצב, הגם ער איז אראפגעפאלן מיט די גרעסטע נפילות, און ער האט פוגם געווען בקדושת יוסף הצדיק, דהיינו אז ער האט רח"ל פארקויפט זיין אייגענע קדושת יוסף הצדיק, און אוועקגעווארפן זיין הייליגע נשמה אין די הענט פונעם סט"א בבחי' פוטיפר ישמעאלים מדינים, און דורכדעם האט ער רח"ל פארבליטיגקט זיין ריינע הייליגע נשמה וואס איז א חלק אלוקי ממעל פון אינטערן כסא הכבוד ממש, בסוד הטבילה בדם פונעם כתונת פסים, און ער טוהט איהר אויספייניגן מיט אלע מיני צרות און יסורים רח"ל, און איז פוגם אינעם שכינה הק' בבחי' שכינתא בגלותא רח"ל, דאך דארף מען זיך מחזק זיין מיט א אמת'ע בטחון אין השי"ת למעלה מטעם ודעת, זיך צו מבטל זיין בביטול הגמור אין השי"ת בסוד אריך אנפין וכנ"ל, און אזוי מיט די עבודה איז מען זוכה צו מגלה זיין דעם אור השי"ת אין זיין מדרגה, וואס ער איז בעצם אין א נידריגע מדרגה, אבער וויבאלד ער טוהט זיך מחזק זיין אין השי"ת, טוהט ער מאיר זיין דעם אור השי"ת אין זיין נידריגן מצב, און ממילא טוהט ער דורכדעם מעלה זיין די שכינה הק' פון איהר נידריגן חשכות'דיגע מקום צו א מקום פון אור ממש, וואס דאס איז די גרעסטע הכנה צום גאולה שלימה בסוד עד שיכלו כל ניצו' שבגוף, דהיינו אז ער ברענגט צו אז עס זאל שוין זיין ומלאה הארץ דעה את הוי"ה, דהיינו אז אפי' אין די נידריגסטע מקומות זאל שיינען די אור השי"ת, און דאס זעהן מיר ביי יהודה, וואס נאך די גאנצע מעשה וסיפור הדברים, האט ער זוכה געווען אראפצוברענגן די הייליגע נשמה פון משיח ביי די מעשה פון תמר.

לאחד שני הבחי' והעבודות שזהו בחי' מלכות התחתונה שגנוזה באור אין סוף בבחי' מציאות בשאינה במציאות

ד] און די תכלית העבודה איז צו מקשר זיין די ביידע בחי' פון משיח בן יוסף און משיח בן דוד, ווייל בעצם איז זייער שורש איין שורש, וכנ"ל אז ביידע זענען בבחי' מידת מלכות, נאר איינער איז בבחי' לאה און איינער איז בבחי' רחל, וכידוע אז יעדע השפעה וואס קומט אראפ פון אויבן, קומט אראפ פונעם שורש השרשים פונעם אור אין סוף ממש, און בעצם איז דער גאנצע אור אין סוף וואס מיר האבן עפעס אן השגה אין דעם, איז אויך נאר די בחי' פונעם מלכות דאור אין סוף, דהיינו כידוע אז אין די העכערע מידות וספירות העליונים, האבן מיר בכלל נישט קיין השגה מרוב קדושתם, נאר דאס וואס מיר ווייסן יא אין זיי, איז נאר די קלענסטע בחי' פון זיי וואס איז די בחי' פונעם מלכות פון זיי, וואס דאס איז די חלק וואס ווערט נתגלה צו אונז, און אזוי אויך איז די אור אין סוף וואס בעצם אינעם אור אין סוף האבן מיר בכלל נישט קיין השגה, אבער עכ"ז דאס וואס מיר ווייסן יא צו זאגן פון די גרויסע מורא'דיגע אור איז נאר די חלק המלכות פונעם אור אין סוף, און דאס ווערט אנגערופן מציאות באינו מציאות, דהיינו אז בעצם איז די אור אין סוף אין א בחי' פוןאינו במציאות מרוב גדלותו, אבער דאס וואס מיר ווייסן יא פון א געוויסע מציאות וואס הייסט אור אין סוף, דאס איז די חלק המציאות וואס איז נתגלה געווארן צו אונז, און דאס איז וואס עס ווערט געברענגט (זוהר מדרש הנעלם פר' בראשית מאמר בריאת העולם), אז בשעת בריאת העולם איז געווען א מצב פון הוא ושמו אחד, דהיינו אז "השי"ת" אליינס וואס מיר האבן בכלל נישט קיין השגה אין איהם, "ושמו" דהיינו זיינע מידות הק' און ספי' הק' וואס מיט זיי איז ער זיך מגלה צו אונז, "אחד" איז געווען ממש איינס, דהיינו אז אפי' ברושם חיצוני איז נישט געווען קיין שום חילוק, וואס דאס איז די בחי' פונעם אור אין סוף וכנ"ל, און אזוי אויך איז יעדע השפעה וואס ווערט נשפע צו אונז, וואס כנ"ל אז יעדע השפעה איז ממש א חלק פונעם אור אין סוף, איז בבחי' מציאות ואינו במציאות, דהיינו די עצם אור און השפעה איז בבחי' אינו במציאות וואס דאס איז די חלק הנשפע פונעם אור אין סוף, און פון צווייטן זייט איז דאס בבחי' מציאות דהיינו אז במציאות איז דאס אן השפעה אויף די וועלט, און פונקט ווי אינעם אור אין סוף איז די מציאות און די אינו במציאות ממש איינס, וכנ"ל אז הוא ושמו אחד, אזוי אויך איז בעצם די גאנצע התגלות ההשפעה בטל ומבוטל צום מאציל העליון מיט מסירות נפש ממש, ווייל די כח גילוי ההשפעה נעמט זיך פונעם שורש השרשים, פונעם גילוי ההשפעה ביים אור אין סוף וכנ"ל, און די התגלות הראשונה פונעם אור אין סוף איז בעצם בטל ומבוטל צום טיפסטן נקודה פונעם אור אין סוף, וכנ"ל הוא ושמו אחד ממש, און דאס איז דער התקשרות צווישן די ביידע בחי' פון משיח בן יוסף און משיח בן דוד.

מאמר הבעש"ט זי"ע ששמו של דוד מורה על האחדות הבחי' של יוסף ודוד

און דאס איז וואס דער הייליגע בעש"ט זי"ע האט געזאגט (בעש"ט עה"ת שיר השירים ד"ה דומה דודי), אז די נאמען פון דוד [וואס דוד איז די שורש פון מלכות והתגלות], איז מרמז אויפן עצם ההשפעה, דהיינו די ערשטע אות ד' איז מרמז אויפן חלק המלכות פונעם אור אין סוף וכנ"ל וואס פון דארט ווערט נמשך יעדע השפעה, די אות ו' איז מרמז אויפן קו השפע דהיינו אויף די גאנצע השתלשלות השפע ביז עס קומט אראפ צו אונז, און די לעצטע אות ד' איז מרמז אויף אונזער וועלט וואס איז מקבל און מגלה די השפעה מכח אל הפועל בבחי' מידת מלכות, און דאס איז די בחי' פונעם שורש יוסף ודוד, וכנ"ל אז יוסף איז בסוד אות י', דהיינו די סוד פונעם השפעה [בסוד יוסף הוא המשביר וכנ"ל אז יוסף איז בבחי' חכמה ביטול בבחי' התפשטות הגשמי' נאר דבוק אינעם תענוג העליון], און דוד איז בבחי' מלכות וואס איז מקבל די השפעה, און דאס איז די צירוף דו"ד דהיינו ד"ו איז בגימ' י' בבחי' יוסף, און ד' איז בבחי' דוד בחי' מלכות.

צדיק האמת הוא בבחי' משה רבינו אחדות הבחי' בבחי' יוסף ודוד וזהו סוד הגאולה משה רבינו ע"ה גואל הראשון והאחרון וזהו בחי' ימי החנוכה הק'

און די עבודה זעהן מיר ביי אלע צדיקי אמת, וואס פון איין זייט זענען זיי איין שטיק דביקות באור אלוקי בבחי' גוונין נהורין בסוד משיח בן יוסף, וואס דאס איז בבחי' משה רבינו אשר דבר איתו הוי"ה פנים אל פנים, וואס די עיקר האור נעמט זיך פון משה רבינו בסוד אתפשטותא דמשה בכל דור ודור, און אינעם זעלבן זמן איז משה רבינו ע"ה געווען איין שטיק עבדות השי"ת מיט מסירות נפש, און ווי השי"ת אליינס איז מעיד משה עבדי משה עבד ה', דהיינו אז ער איז געווען בטל ומבוטל מיט מסירות נפש ממש צו השי"ת, כעבדא קמי מרא, בבחי' משיח בן דוד, דהיינו אז עס איז איהם נישט קיין שום נפק"מ צו ער איז במוחין עילאין אדער ח"ו פארקערט, ווייל ער איז בטל צו השי"ת מיט מסירות נפש, און טאקע דערפאר ווערט משה רבינו ע"ה אנגערופן גואל ראשון וגואל אחרון, ווייל כנ"ל אז דער עיקר הגאולה [לידת משיח] קומט דורכן מסירות נפש פאר השי"ת, דהיינו אז אפי' ער איז אין א שווערן מצב, טוהט ער זיך מבטל זיין צו השי"ת וואס דורך די ביטול איז ער מגלה מעהר און מעהר כבוד השי"ת אויפן וועלט, דהיינו אז ער איז ממשיך און מגלה די בחי' פונעם אות י' דהיינו די תענוג העליון אין די עולם העשיה, וואס אזוי ברענגט ער צו די גאולה שלימה, בסוד עד כי יבוא שיל"ה וואס איז בגימ' משה וכנ"ל (זוה"ק חלק א' כ"ה:), און ממילא הגם אין די הייליגע ימי החנוכה הבעל"ט איז דער עיקר תיקון אויף מידת הוד דהיינו בבחי' משיח בן יוסף, וואס דאס איז די רמז פון די אור נרות חנוכה וואס איז מרמז אויפן אור העליון אור החכמה, וואס איז מקושר מיטן מידת הוד הלל והודיה, עכ"ז דארף מען זיך אויך מדבק זיין אין די עבודה פון התבטלות גמורה בבחי' נצח זיך צו מבטל זיין ביזן עצמות האלוקותו ית"ש, און אזוי וועט מען זוכה זיין צו ערכתי נר למשיחי אז חנוכה וועט שוין זיין די זמן פארן גאולה שלימה.


הערות שוליים

רעדאַקטירן
  1. כידוע אז שטענדיק טוט זיך דער ז"א [דהיינו דע פּרצוף וואס איז צוזאמענגעשטעלט פון די זעקס מידות, חסד גבורה תּפארת נצח הוד יסוד] מזוג זיין מיטן פּרצוף הנוקבא, דהיינו מידת מלכות [בבחי' רחל, וואס רחל איז בעצם די עיקר בחי' פון מלכות, און אזוי ווי מיר זען ביי יעקב אע"ה אז די עיקר עקרת הבית איז געווען רחל], און דאס איז איינע פון די עיקרי העבודה ביי קיום המצוות ועבודת התּפילה. און א זיווג מיינט מען אז די פּרצוף פון מלכות הייב זיך אויף אקעגן דער פּרצוף הז"א פנים בפנים [דהיינו אז בדרך כלל איז מידת המלכות אונטער דעם פרצוף פון ז"א], און אזוי זענען זיי מזדווג, אבער וויבאלד די פרצוף פון מלכות איז גאר א קליינע פּרצוף, ממילא קומט זי נישט אן נאר אקעגן די אונטערשטע חלק הז"א, דהיינו פון סוף מידת תּפארת אויף אראפּ, משא"כ די חלק המלכות וואס איז בבחי' לאה איז העכער די קומה פון רחל, וואס איר קומה הייבט זיך אן פונעם דעת דזעיר אנפין, וואס איז ממש אונטערן פּרצוף פון בינה [וואס די בינה איז די אוטערשטע פון די מוחין העליונים כתר חכמה בינה, און זי איז משפיע אויף די אונטערשטע פּרצופים בבחי' אם הבנים שמחה], און די פּרצוף פון לאה ציט זיך ביזן ראש פון דרחל, דהיינו ביז סוף מידת התּפארת.
    אבער דאס איז קלאר אז די עיקר הזיווג איז מיטן בחי' פון רחל, ווייל די קומה פון לאה הגם זי הייבט זיך אן פון אנהייב דער פּרצוף פון ז"א, אבער זי גייט נישט אראפּ ביז אונטן, ווייל כנ"ל, אז זי ענדיקט זיך ביים סוף מידת תפארת, און א זיווג מוז זיין ביז אונטן ממש שווה קומה בקומה, אבער די קומה פון רחל ענדיקט זיך יא גלייך מיטן קומה פון ז"א, נאר מען דארף איר אויפהייבן דורך אונזער עבודה העכער און העכער, [און טאמער די מצב איז נישט קיין זמן אויפצוהייבן רחל ז זאל זיין שוה קומתה בקומתו, דעמאלס איז פאראן די בחי' פון יעקב וואס וועט גערעכנט פאר א ברודער פונעם ז"א, און ער גייט אראפ צו זיין גלייך מיטן קומה פון רחל, און אזוי זענען זיי זיך מזדווג, און דאס ווערט אנגערופן בבחי' ובסוד היבום. ואכמ"ל]
    און הגם דא ווערט מבואר אז די עיקר פּרצוף איז רחל און נישט לאה, און פון צווייטער זייט איז דער עיקר גואל משיח בן דוד, וואס ער איז בבחי' לאה [דוד איז דאך פון שבט יהודה א זון פון לאה] וואס לאה איז נישט דער עיקר מלכות, ווייל זי איז דאך דער העכערער חלק פונעם מלכות, ווערט מבואר אין לקו"מ אז הגם די אלע הכנות צום גאולה שלימה דארף ווערן געטאן דורך כלל ישראל, וואס דאך איז בבחי' רחל וואס מיט איר טוט מען אלע זיווגים, עכ"ז וועט די עצם הגאולה דורך משחי בן דוד וואס בבחי' לאה, וואס לאה איז דער העכערער חלק המלכות וואס קומט אן ביז די מוחין, צו מרמז זיין אז די גאולה אליין וועט בלויז דורך רחמי שמים.
  2. בדרך כלל, איז דער עטרת היסוד די בחי' פונעם נוקבא דזעיר אנפין, דהיינו כידוע אז יעדער איינער פון אלע פרצופים, האבן אין זיך אייגענע פרטי'דיקע י' ספירות, און אזוי אויך דער פרצוף פון זעיר אנפין, הגם בכללות אז ער האר מיט די זעקס מידות, אבער בפרטות האט ער איז זיך י' ספירות, און די עטרת היסוד איז די מלכות פון אים. ואכהמ"ל.
  3. בקיצור נמרץ די סדר ההשפעה גייט מלמעלה למטה, דהיינו אז כתר איז משפיע אויף חכמה, און חכמה אויף בינה, און בינה איז משפיע אויפן ז"א, און דער ז"א איז משפיע אויף דער נוקבא, און הגם בעצם ווייסן מיר אז כאטשיק ז"א איז מקבל פון בינה וואס איז העכער אים, עכ"ז וואלט זיין אמת'ע יניקה געדארפט זיין פונעם צד החכמה צד הימין.
    איז דער ביאור הענין בסוד הפסוק כונן שמים בתבונה, ובסוד הזוה"ק אבא יסד באתרא, דהיינו אז שמים וואס איז בבחי' ז"א [וואס איז משפיע אויף דער ארץ בבחי' מלכות] האט זיין יניקה פון בינה, און אבא דהיינו חכמה איז משפיע אויף דער ברתא דהיינו מלכות, ווייל דער שלמות'דיקע השפעה קומט דורך חילופי הקווין, דהיינו אז דער אמת'ע יחוד איז ווען דער צד הימין איז משפיע אויפן צד השמאל, און די צד השמאל איז משפיע אויפן צד הימין, און עס איז פאראן נאך א סאך ביאורים און אריכות אין דעם, ואכהמ"ל.
  4. בדרך אגב: ווערט געברענגט פונעם הייליקן רבי צדוק הכהן זי"ע, אז די אלע יסורים וואס א איד האט פון זיינע נפילות און ירידות איז עבודת השי"ת, דאס איז א מתנה פון השי"ת וואס ער האט שוין די גיהנום אויף די וועלט כדי ער זאל אנקומען אויף יענער וועלט ריין און הייליק.