דע חכמה לנפשך קבלה בהעלותך תשס"ט

צוריק צו דע חכמה לנפשך קבלה בלעטל


דא"ח רעוא דרעוין פרשת בהעלותך תשס"ו

וידבר ה' אל משה לאמר: דבר אל אהרן ואמרת אליו בהעלתך את הנרות אל מול פני המנורה יאירו שבעת הנרות: (במדבר ח', א'-ב').

וברש"י הק': למה נסמכה פרשת המנורה לפרשת הנשיאים לפי שכשראה אהרן חנוכת הנשיאים חלשה אז דעתו כשלא היה עמהם בחנוכה לא הוא ולא שבטו אמר לו הקב"ה חייך שלך גדולה משלהם שאתה מדליק ומטיב את הנרות:

א] עס ווערט געברענגט בשם דער הייליגע קאז'ניצ'ער מגיד זי"ע, אז די עיקר נסיונות ביי א יעדע עובד השי"ת, איז די עניני חלישות הדעת און בילבולים, דהיינו אז הגם דער מענטש ווייסט אז ער איז באמת אן עובד השי"ת, אבער פארט זעהט ער און מיינט אז ביי זיינס א חבר איז פארהאן מעהר מעלות ווי ביי איהם, און זיין עבודה איז אסאך מעהר חשוב ביי השי"ת ווי מיין עבודה, און דאס איז בעצם געווען די בחי' און די פנימי' פונעם חלישות הדעת פון אהרן הכהן ביי חנוכת המזבח, און אויף דעם האט איהם השי"ת געזאגט אז ער האט די זכיה פון די הייליגע מצוה להדליק נרות המנורה, וואס ראיית פני מנורה איז די תיקון צו די אלע מיני חלישות הדעת און ווי עס שטייט ביי זרובבל אז השי"ת האט איהם געוויזן מנורת זהב כלה וגלה על ראשה ושבעה נרותיה עליה, כידוע פונעם הייליגן בעל התניא אז זרובבל איז מלשון בילבול, און די תיקון דערפאר איז די דבקות אינעם סוד המנורה.

ב] והנה כידוע איז פארהאן בכללות פינעף אופנים אינעם דרך בדביקות השי"ת וואס זיי זענען אקעגן די פינעף חלקי שם הוי"ה הק', דהיינו די קוצו של יו"ד וואס איז בבחי' כתר, יו"ד וואס איז בבחי' חכמה, ה' איז בחי' בינה, ו' איז בחי' ז"א, ה' איז בחי' מלכות. וביתר ביאור דהיינו אז ווען א איד וויל אנהייבן צו דינען השי"ת, מיז ער קודם זיין בבחי' קבלת עול מלכות שמים בפשטות ובתמימות, בבחי' ובסוד הפסוק שום תשים עליך מלך, דהיינו אז דער גאנצע הנהגת סדר היום פונעם אויפשטיין ביז ביינאכט דארף צו זיין איין שטיק עבדות בקבלת עול מלכות שמים, און דערנאך קען מען זוכה זיין צו מדרגת ז"א [מידות], דהיינו צו אהבת השי"ת און יראת השי"ת מיט דביקות והתלהבות, וואס דאס איז בחי' מידות חסד גבורה תפארת, און דערנאך קען מען זוכה זיין צו מתבונן זיין בהתבוננות עמוקה בגדלות הבורא ית"ש און זוכה זיין צו אסאך א שטערקערע אהבה ויראה, וואס דאס איז בחי' בינה, און דערנאך קען מען זיין צו הארעווען אויפן ביטול הישות דהיינו אז הגם ער האט זוכה געווען צו אזעלעכע מדרגות עכ"ז איז ער זיך מבטל צום בורא כ"ע אינגאנצן וואס דאס איז בחי' חכמה, און דערנאך קען מען זוכה זיין צו זיין אזוי דבוק אין השי"ת אז ער שפירט שוין בכלל נישט זיין אייגענע ישות, ווייל ער איז איין שטיק אלוקות ממש און דאס איז בחי' כתר העליון. און די פינעף אופנים אינעם דביקות איז נאר בכללות, אבער כמובן אז זיי זענען כולל אלפי אלפים אופנים שונים בדביקות הקב"ה, וואס יעדע צדיק לפי דרכו ולפי שורש נשמתו איז מגלה אן אנדערע סארט דרך אין עבודת השי"ת, וואס דערפאר דארף מען זיך מדבק זיין אין אלע צדיקי הדורות, כדי דורכדעם זיך כולל זיין אין אלע מיני דרכים בעבודת השי"ת, דהיינו בפרט ווען מען לערנט די ספרים הק' פון די צדיקי אמת, ווי חז"ל זאגן לעולם יהא רואה כאילו בעל השמועה עומד כנגדו, דהיינו אז מען דארף זיך מתבונן זיין אינעם דרך הדביקות פונעם בעל המימרא, און אזוי איז מען זיך מדבק אינעם פנימי' הדברי תורה פונעם צדיק, כידוע אז בשעת די צדיקים זענען עוסק אינעם דביקות בבחי' מלכות ווערן באשאפן די מלאכי אופנים, און אזוי אויך בבחי' ז"א ווערן באשאפן די מלאכי חיות הקודש, און אזוי אויך בבחי' בינה ווערן באשאפן די מלאכי שרפים וואס מרוב התבוננות באלקותו ית"ש ווערן זיי ממש פארברענט פאר השי"ת, און ווען זיי זענען עוסק בבחי' חכמה ווערט נתגלה די אור היחוד העליונה, און ווען ער איז עוסק בבחי' כתר ווערט נתגלה די אור הכתר העליונה.

ג] און דאס זאגט די פסוק שויתי הוי"ה לנגדי תמיד, דהיינו אז מען דארף זיך שטענדיג מדבק זיין אין די ה' חלקי שם הוי"ה און אין די ה' בחי' הדביקות וואס איז אינעם שם הוי"ה, און אפי' דער מענטש שפירט אז ער איז אין א נידריגע מצב בבחי' נפילה ושפלות, און ער שפירט נישט קיין שום מדרגה אין דביקות הקב"ה, דארף ער זיך מדבק זיין בבחי' ה' תתאה דהיינו בחי' מלכות, דהיינו פשוט עול מלכות שמים כשור לעול וכחמור למשא, צו מען פארשטייט יא אדער נישט צו מען שפירט יא אדער נישט, אפי' מען איז אין א מצב בבחי' מקוצר רוח ומעבודה קשה, דאך דארף מען זיין בבחי' שום תשים עליך מלך, דהיינו מקבל זיין עול מלכות שמים בפשטות ובתמימות און אזוי דערנאך צו וויסן, אז אין וועלעכע מדרגה איך בין אפי' אין שאול תחתית, עכ"ז איז דא א תורה און עס איז דא א באשעפער און מען מעג נישט טוהן וואס מען טאר נישט און מען דארף טוהן וואס השי"ת הייסט טוהן, און עס איז בכלל נישט קיין שום נפק"מ אין וועלעכע מצב איך האלט, ווייל עס איז דאך בלי שום ספק אז השי"ת האט מיר צוגעשטעלט דעם מצב, ממילא דארף איך אויספאלגן די דרכי התורה אפי' אין מיין מצב.

וידוע אז אינעם מקום החזה [וואס איז בחי' ז"א] איז פארהאן א נקב א לאך וואס פון די לאך ווערט נשפע די שפע צום מלכות (עיין ע"ח שער ל"ד פ"ד), וכידוע אז די מקום החזה דהיינו די ז"א איז אויך בבחי' רוח, [מלכות נפש, ז"א רוח, וכו'], און ווען א מענטש איז בבחי' מקוצר רוח דהיינו אז אפי' די מדרגה פון אהבה ויראה קען ער נישט דערגרייכן, ווייל ער איז אין א נידריגע מדרגה בבחי' גלות דהיינו אין די עולמות בי"ע דקלי', עכ"ז דארף ער זיך מדבק זיין אינעם בחי' מלכות דורכן לאך וואס איז פארהאן אינצווישן, און ער דארף דינען השי"ת בפשטות ובתמימות צו עס גייט איהם יא אדער נישט. און דאס איז די בחי' מנורה הטהורה, וואס איז בבחי' השכינה הק', וואס איז בעצם כולל אלע מיני מדרגות אינעם דביקות השי"ת, און דער מענטש וואס איז אין א שווערן מצב דארף ער באלט זיך מצייר זיין די מנורה, דהיינו די דביקות השי"ת און זיך מדבק זיין בבחי' שום תשים עליך מלך אפי' בע"כ בתמימות כעבדא קמי מרא, און ממילא וועט איהם נישט שטערן די אלע בילבולים אין זיין עבודה, ווייל זיין גאנצע עבודה איז בתמימות ובפשטות.

און דאס שרייבט דער הייליגע בעל התניא זי"ע, אז די ערשטע מצוה אינעם טאג איז מצות ציצית [ציצית תכלת דומה לים וים דומה לכסא הכבוד בחי' מלכות], וואס די מצוה איז שייך אין יעדן זמן אפי' אין שבתות און אין ימים טובים, וואס דאס איז מרמז אז די שורש הדביקות פון יעדע איד דארף זיין בבחי' קבלת עול מלכות שמים בתמימות, און ממילא דורכדעם וועט איהם נישט מבלבל זיין זיינע אלע מצבים, ווייל זיין עול מלכות שמים וועט זיך נישט רוהרן פון פלאץ, משא"כ דער וואס איז בבחי' ערב רב וואס זיי האבן געשריגן מי יאכילנו בשר, דהיינו אז זיי זענען נישט געווען צופרידן מיטן עבודת הפשטות, נאר זיי האבן געזיכט הויעכע מדרגות, זיי זענען טאקע פארפאלן געווארן ווייל אין א שווערע מצב האבן זיי אלעס פארלוירן, אבער די אידן וואס זענען געווען בבחי' משה רבינו וואס בכל ביתי נאמן הוא, דהיינו אז אפי' ער האט שוין זוכה געווען צו גרויסע מדרגות אין עבודת השי"ת, עכ"ז פארגעסט ער נישט פונעם לאך וואס איז פונעם חזה ביז מלכות, דהיינו אז מען דארף שטענדיג זיין דבוק אינעם מדרגת מלכות בפשטות ובתמימות כשור לעול וכחמור למשא, און ממילא וועט ער נישט ווערן געשטערט צו ער האט אן הצלחה אין זיין עבודה אדער ח"ו פארקערט, ווייל די אלע בחי' פון דביקות זענען מדרגות, אבער די שורש דארף בלייבן שטארק און פעסט, אז מען רוהרט זיך נישט פונעם שויתי הוי"ה לנגדי תמיד אין יעדן מצב און אין יעדן זמן, בבחי' טלית מצויצת, וואס כידוע איז טלית בחי' חותם המלך דהיינו די עבודה תמידית.

און הגם עס איז פארהאן אסאך גרעסערע מדריגות וואס ווערן אנגערופן בבחי' קרבנות, דהיינו די קירבת השי"ת וואס עס איז נישט דא קיין סוף צו התעלות בדביקות הקב"ה, עכ"ז זעהן מיר דאך אויף משה רעיא מהימנא ע"ה, וואס הגם די פסוק זאגט בכל ביתי נאמן הוא ודיבר עם הוי"ה פה אל פה, עכ"ז איז ער געווען בבחי' משה עבדי נאמן הוא, דהיינו אז ער איז געווען דבוק בבחי' מלכות בחי' מנורה וואס איז געווען איין שטיק גאלד, וואס דאס ווייזט אז דאס איז געווען די גרעסטע און חשוב'סטע כלי קודש, וואס דאס איז דאך די בחי' פונעם שכינה הק' בחי' מלכות, דהיינו אז דער עיקר העיקרים איז צו זיין שטענדיג דבוק אין דביקות הפשוטה בבחי' שום תשים עליך מלך, אז הגם עס גייט איהם גארנישט ווי ער האט געוואלט און געהאפט, דאך איז ער דבוק אין השי"ת בתמימות ובפשטות בקבלת עול מלכות שמים כשור לעול וכחמור למשא.

און דאס איז די רמז אינעם מראה וואס השי"ת האט געוויזן פאר זרובבל, מנורת זהב כולה, דהיינו אז ווען א מענטש געפונט זיך אין א מצב פון חלישות הדעת און עגמת נפש בבחי' זרובב"ל, אזוי ווי אהרן הכהן וואס חלשה אז דעתו, דארף ער צו וויסן זיך צו מדבק זיין בבחי' מנורת זהב כולה, דהיינו די בחי' מנורה וואס איז כולה דהיינו עס איז כולל אלע מדריגות און אלע עולמות, [כידוע אז בחי' מלכות געפונט זיך סיי בבחי' עשיה וואס איז בעצם מרמז אויף מלכות, און סיי אין ז"א בינה חכמה כתר כידוע אז די אלע ספי' האבן אין זיך י' ספי' פרטי'], און דאס איז די בחי' פון שלך גדולה משלהם ווייל די בחי' פון דביקות בסוד מלכות דהיינו בפשטות ובתמימות, דארף צו זיין אין אלע מדריגות און אין אלע בחי', ווייל אפי' דער וואס איז דבוק אין השי"ת בבחי' בינה חכמה וכו', אויב פארמאגט ער נישט די בחי' מלכות באמת ובשלימות ממש, האט ער גארנישט מיט נישט ווייל עס פעהלט איהם די עיקר און שורש, און טאקע אמת אז די תכלית איז זוכה צו זיין צו זיין דבוק אין השי"ת בבחי' בן מלך מיט אן התקרבות פון פנים אל פנים ותמונת הוי"ה יביט, אבער אלעס דארף זיין מיטן שורש כעבדא קמי מרא, אז אפי' מען וועט איהם פארווארפן פון אלע עולמות און מדריגות וועט ער דינען השי"ת בשלימות ובתמימות, לעשות רצונו ולעבדו בלבב שלם בבחי' משה עבד נאמן, און טאמער וועט ער נישט קענען דינען השי"ת אינעם היכל המלך הפנימית, וועט ער דינען השי"ת אינדרויסן בחצר המלך החיצונה אפי' מיטן גרעסטן הסתר פנים און התרחקות, וועט ער זיך נישט רוהרן פון צו ממלא זיין רצון השי"ת בשלימות, ווייל ער איז אונזער בורא און דאס איז זיין רצון יעצט, און ממילא וואס עס איז די רצון הבורא דאס דארפן מיר טוהן, און טאמער זיין רצון איז יעצט זיך צו באהאלטן פון אונז, איז דאס אונזער תפקיד איהם צו דינען אויף אזא אופן, ווייל די געדאנק און מחשבה פון צו וועלן זעהן פירות אין אונזער עבודה, דאס איז זיכער נישט די רצון השי"ת, נאר דאס איז א פשוט'ע גשמי'דיגע תאוה און הנאה בבחי' ערב רב, מי יאכילנו בשר דהיינו אז מיר זאלן זעהן און פיהלן אן התעלות און הצלחה אין אונזער עבודה, אבער דער דרך האמת איז צו דינען השי"ת ווייל דאס איז אונזער תפקיד אויף די וועלט, און אלע זייטיגע מחשבות און בילבולים דארף מען מרחק זיין בתכלית הריחוק.

ד] און דאס איז די בחי' וואס עס שטייט ביי משה רבינו ע"ה דער יסוד הדעת פון כלל ישראל האשה הכושית אשר לקח, דהיינו אז אפי' ער האט זוכה געווען צו די גרעסטע מדריגות אין חכמה בבחי' תורת משה עבדי, עכ"ז האט ער זיך מדבק געווען בבחי' האשה הכושית אשר לקח דהיינו בחי' לאה (עיין שער הפסוקים בהעלותך, ועיין ליקו"ת בהעלותך), וואס דאס איז די בחי' התרחקות און שחרורית אין עבודת השי"ת, אז אפי' די גאנצע עבודה איז ביי איהם פארשווארצט, עכ"ז וועט ער זיך נישט געבן אפי' קיין רוהר אינעם עבדות הבורא ית"ש, און ווי עס ווערט געברענגט פונעם אר"י הק' זי"ע, אז אינעם חזה דהיינו די בחי' ז"א וואס איז מרמז אויפן בחי' פון אהבת ויראת השי"ת, איז פארהאן א נקב ביזן מלכות, דהיינו אז מען דארף שטענדיג זיין דבוק בהבורא ית"ש בבחי' מלכות קבלת עול מלכות שמים, און ווי עס ווערט געברענגט אין ספר יצירה, ואם רץ לבך שוב לאחור, דהיינו אז אפי' מען האלט שוין ביי גאהר הויעכע מדרגות דאך דארף מען זיין דבוק בבחי' אחור סוד מלכות, און ווי דער פסוק זאגט אז השי"ת האט געזאגט פאר משה רבינו ע"ה וראית את אחורי ופני לא יראו, און ווי חז"ל דרש'ענען (ילקו"ש שמות ל"ג שצ"ו) מלמד שהראה לו הקב"ה קשר של תפילין, און כידוע איז די קשר תפילין מרמז אויף בחי' לאה (עיין ע"ח שער ל"ב פ"א), און ווי עס ווערט געברענגט אין די כוונות ליל פסח אז מרור איז בבחי' דיני לאה וואס מרו"ר איז בגימ' מו"ת, דהיינו אז אפי' מען געפונט זיך בבחי' התרחקות פון השי"ת בבחי' עולמות בי"ע [וואס איז אפגעטיילט פונעם עולם האצילות], דייקא דארטן דארף מען מגלה זיין אז מלכותו בכל משלה להתוודע ולהיגלות כי הוא מלך על כל הארץ.

אבער משא"כ אהרן הכהן און מרים זיי זענען געגאנגען אויפן דרך בבחי' רחל במוחין עילאין, און מיט הויעכע מדריגות בדביקות השי"ת, ממילא האבן זיי זיך שטארק געווינדערט אויף משה רבינו ע"ה, וואס איז פשט אז ער גייט בבחי' אשה כושית בבחי' לאה, און דאס האט זיי השי"ת געזאגט אז אדרבה פה אל פה אדבר בו ותמונת הוי"ה יביט, דהיינו אז ער איז אויף אסאך א גרעסערע מדרגה ווי אייך, אבער עכ"ז גייט ער בבחי' עבדי משה בכל ביתי נאמן הוא, בבחי' קבלת עול מלכות שמים בפשטות ובתמימות בבחי' כעבדא קמי מרא, אן קייו שום נפק"מ און וואספארא מדריגה ער איז צו התקרבות אדער ח"ו התרחקות, ווייל דער עיקר איז צו ממלא זיין רצון השי"ת בשלימות ובאמת, און דאס איז די שענסטע עבודה בבחי' מנורת זהב וואס שיינט אין אלע עולמות, [און ווי צדיקים זי"ע האבן אסאך גערעדט דערפון אז די עבודה וואס איז בפשטות ובתמימות איז מאיר אין אלע עולמות, און ווען מען וואלט געזען ווי חשוב עס איז די עבודה וואלט מען זיך געבעטן אויף דעם].

ה] וכידוע אז בחי' מלכות איז די כלי קיבול צו אלע השפעות, כידוע אז מלכות איז די מקבל פונעם ז"א, דהיינו אז ווען א מענטש איז אין א שפל המצב וחשכות והסתרה, און ער איז זיך מחזק מיט קבלת עול מלכות שמים פשוטה בפשטות ובתמימות אן קיין חכמות, דייקא דעמאלס גרייט ער אן א כלי קיבול צו די גרויסע אורות וואס זענען אנגעגרייט פאר איהם, און ווי עס ווערט געברענגט אז מלכות בבחי' רחל גייט יעדע נאכט אריין אין גלות בבחי' שכינתא בגלותא, בבחי' ותתן טרף לביתה פאר נשמת כלל ישראל, דהיינו אז רחל גייט ארויס פון איהר מקום אין אצילות, און גייט אריין אין די עולמות בי"ע וואס אין די עולמות בי"ע געפונען זיך אויך די קלי', וואס די שכינה הק' גייט אראפ צו מברר זיין די ניצוה"ק שנפלו בין הקלי', און טאקע דערפאר איז ביינאכט נישט פארהאן קיין יחוד צווישן די ז"א און די נוק', ווייל די מלכות איז נישט אין איהר מקום.

אבער ווי דער הייליגער בעל התניא זי"ג שרייבט אז דער תכלית הגלות וירידה איז נישט דער עצם הירידה ונפילה ח"ו, נאר דער עיקר איז די הכנת הכלים צו די גרויסע פרישע אורות הק', און ווי מיר זעהן ביים הייליגן שכינה וואס איהר גאנצע ירידה ביינאכט איז נאר כדי מעלה צו זיין נשמת ישראל עם קדושים, און די גאנצע עליה איז נאר מיטן צעקת הלב צו השי"ת בבחי' תיקון רחל, אבער נישט ח"ו מיט יאוש און געפאלנקייט, נאר מיט התחזקות און תקוה וואס גלייך נאכדעם איז פארהאן די בחי' תיקון לאה מיט שירה וזמרה, און די עליה ברענגט א מורא'דיגע יחוד ואור אין אלע עולמות עליונים ותחתונים, בבחי' כלים חדשים צו גרויסע אורות, אבער די כלים ווערן נאר אויפגעבויעט טאמער דער מענטש ווערט נישט געפאלן ביי זיך, נאר אדרבה ער איז זיך מחזק מיט אמונה פשוטה און ביטחון בבחי' קבלת עול "מלכות" שמים, דעמאלס איז ער זוכה צו אן אור גדול [בבחי' מציאה וואס קומט בהיסח הדעת], דהיינו אז דער גאנצע עליה איז נאר אויף אן אופן וואס דער מענטש מיינט אז ער איז שוין אינגאנצן פארלוירן און ער האט שוין זיכער נישט קיין תיקון, דייקא דעמאלס גרייט ער אן די גרויסע כלים צו די נייע אורות הק', בבחי' מנורה וואס שלך גדולה משלהם, וואס דורכדעם גייט מען ארויס פון אלע חשכיות און בילבולים בבחי' זרובבל בסוד להזהיר גדולים על הקטנים אז די התחזקות בתמימות איז מעלה די אלע קטנות און ירידות, און ווי דער פסוק זאגט זה דבר הוי"ה אל זרובבל לאמר לא בחיל ולא בכח כי אם ברוחי אמר הוי"ה צבאות, דהיינו אז די עבודה בבחי' מנורת זהב כלה בבחי' פשיטות ותמימות דאס איז צום סוף ממשיך און מאיר די בחי' רוח דהיינו די דביקות בבחי' ז"א דהיינו אהבה ויראה אמיתית וואס ז"א איז בחי' רוח.

ו] און דאס איז וואס משה רבינו ע"ה האט געבעטן השי"ת א"ל נא רפא נא לה, וואס די י"א תיבות זענען h של"ס פר' בהעלותך תשס"ו אקעגן די י"א מדריגות פונעם עולם המלבוש [עולם המלבוש איז העכרן אור אין סוף וואס מען רעדט כמעט נישט פון דעם מרוב גדלותו והסתרתו], דהנה די טענה פון מרים הנבואה ע"ה אויף משה רבינו ע"ה איז געווען אז ער גייט בדרך ענווה של שפלות בסוד והאיש משה ענו מאד וגו' בבחי' לאה (עיין ע"ח שער ל"ח פ"ג), און מרים האט געהאלטן אז מען דארף דינען השי"ת בבחי' רחל בדרך גדלות, אבער משה רבינו ע"ה וואס איז געווען א גילגול פון הבל (שער הגילגולים ל"ד) און הבל איז במקור ושורש החכמה העליונה בסוד ש"ע נהורין [וואס איהר מקור איז פונעם מוחא סתימאה דהיינו חכמה דאריך], בסוד הפסוק ויש"ע הוי"ה אל הבל וגו', בבחי' חכמת אדם "תאיר" פניו בבחי' אור וגדלות, נאר די פגם פון הבל איז געווען אז ער איז געגאנגען בדרך גבהות אין די מהלך החכמה, אבער ביי משה רבינו ע"ה שטייט ויסתר משה פניו כי ירא מהביט אל האלהי"ם, דהיינו אז נאך אלע זיינע מדרגות האט ער גדינט השי"ת בבחי' עבד נאמן בפשטות גמורה, און דערפאר האט משה רבינו ע"ה געבעטן השי"ת מיטן פסוק א"ל נא רפא נא לה וואס איז מרמז אויפן העכסטן עולם, עולם המלבוש, דהיינו אז משה האט געזאגט צו השי"ת אז מרים איז מסכים צו דעם אז ער האט זוכה געווען צו די גרעסטע עליה, נאר זי האט געהאלטן אז משה דארף זיין אינגאנצן בדרך גדלות.

ז] און דאס איז פשט דעה חכמה לנפשך דהיינו אז מען דארף אריינשיינען אינעם נפש וואס איז בחי' עולם העשיה, די בחי' חכמה בסוד חכמת אדם תאיר פניו דהיינו אז די בחי' נפש זאל זיין בבחי' שמחה ואור המנורה און נישט בבחי' חשכות ח"ו, וואס דאס איז בחי' משה רעיא מהימנא קדישא ע"ה, וואס פון איין זייט איז ער געווען בבחי' לאה ה'כושית א'שר ל'קח, און ווי דער פסוק זאגט פה אל פה אדבר בו וואס איז בבחי' לאה [דיבור לשון קשה בחי' לאה] (ספר הליקוטים בהעלותך), און פון צווייטן זייט איז ער געווען בבחי' בעלה דמטרונותא בחי' רחל (שער הפסוקים שמיני), וכידוע אז בשעת רחל גייט יעדע נאכט אריין אין בי"ע בבחי' שכינתא בגלותא, וואס דאס איז די בחי' פון צעקת הדל וואס די שכינה שרייט אלוהי"ם אל דמי לך וגו', וואס דאס איז די בחי' פונעם התעוררות נשמת בנ"י זיך צו מקדב זיין לאביהם שבשמים, וכידוע אז הגם עס איז נישט פארהאן קיין יחוד זו"ן ביינאכט, איז אבער פארהאן די יחוד זו"ן בבחי' לאה וואס די יחוד איז שטענדיג פארהאן ווייל אזוי האט השי"ת אוועקגעשטעלט די יחוד הספי' העליונות, [נאר יחוד זו"ן דרחל דאס איז א גרעסערע בחי' וואס ווערט געטוהן דורך אונזערע עבודה], און די יחוד לאה געבט כח פאר בחי' רחל זי זאל זיך קענען אויפהייבן צירוק צו איהר מקום, און איהר עיקר כח איז בבחי' תיקון לאה מיט שירות ותשבחות און שמחה, דהיינו אז טאמער מען ארבעט זיך אויס ממשיך צו זיין בחי' רחל אין בחי' לאה, דהיינו אז אפי' מען האט שוין זוכה געווען צו גאהר הויעכע מדרגות בבחי' רחל, עכ"ז איז מען זיך שטענדיג מקשר און מדבק בבחי' לאה בבחי' מלכות בפשטות ובתמימות, ממילא דורכדעם איז מען זוכה אז אפי' עס איז פאראהן א ירידה בבחי' רחל בבחי' לילה, איז מען זיך מחזק בבחי' לאה באמונה פשוטה ובשמחה, און דורך די חיזוק ווערט לעכטיג די בחי' פון רחל בבחי' רחל וואס געבט די סימנים פאר לאה, דהיינו אז פונעם בחי' לאה ווערט בחי' רחל. זאל השי"ת העלפן אז מיר זאלן זוכה זיין זיך צו מחזק זיין אין די הייליגע טעג פון נאך מתן תורתנו הק', וואס עס שיינט אריין די תורה החדשה וואס מיר האבן זוכה געווען די הייליגע יו"ט שבועות העעל"ט, וואס איז בבחי' תורה החדשה דלעתיד לבא, וואס צו דעם דארף מען צוגרייטן כלים הגונים צו מקבל זיין דעם אור, און די כלי איז בבחי' גוף וואס איז א כלי צום נשמה, בבחי' תחיית המתים וואס וועט זיין לעתיד לבא וואס איז בבחי' לאה ורחל, דהיינו מחיה צו זיין אפי' די חשכות עס זאל שיינען באור בהיר, און דאס דארפן מיר מתקן זיין מעלה צו זיין די גוף און די חשכות פונעם גלות און בילבולים וואס איז בבחי' ערב רב, און זיך מדבק זיין בבחי' משה רבינו ע"ה, און דורכדעם וועלן מיר זוכה זיין צו די אור דלעתיד וואס עין בעין יראו בשוב הוי"ה ציון בביאת גואל צדק ברחמים במהרה בימינו ממש אמן.

נ. ב. כל מקום שיש הסימנים כאלו [] הם הגה' וביאורים על הדא"ח, ואיתכם הסליחה שלא היה זמן להאריך בביאורים והגהות.