דער שרעק פון די בוימער

ווען די ערד האט אנגעהויבן פון זיך ארויסצוגעבן פלאנצן און בוימער, זיינען אויף דער וועלט געווארן גערטנער אוו וועלדער. די בוימער האבן שטארק מורא געהאט פאר דעם אייזן.

זיי האבן זיך געזאגט; "עס וועט קומען א צייט און דער מענש וועט פון אייזן מאכן העק, און וועט אונז אלעמען אויסהאקן און מאכן א סוף צו אונז".

דער אייזן האט געהערט וואס די בוימער רעדן צווישן זיך. האט ער צו זיי געזאגט: "אויב איר וועט לעבן צווישן זיך בשלום, און ניט באטרינען (= אפנארן) איינער דעם אנדערן, וועל איך אייך גארנישט קענען טאן, דען (= ווייל) וואו וועל איך נעמען האלץ אויף א הענטל פארן האק?"[1]

הערות שוליים

רעדאַקטירן
  1. איין פשט איז: אז דער מענטש וואס איז געגליכן צו עץ השדה, פארבריצירט כלי זין, און הרגעט איינער דעם אנדערן, און נישט קיין קיום צו דער וועלט, נאר ווען ס'דא שלום, ס'דא קיום צו דער וועלט.
    נאך א פשט איז: אז מ'זעט, אז מ'האקט צו פיל בוימער, און עס איז א געפאר צו דער וועלט, ווייל נישטא גענוג זויערשטאף, און וואס איז די תשובה פון דער אייזן? מ'דארף נאך פארשטיין.