דער רבי אלימלך
משה נאַדיר (1943 – 1885)
דער רבי אלימלך
אַז דער רבי אלימלך
איז געוואָרן זײער פֿרײלעך,
איז געוואָרן זײער פֿרײלעך אלימלך,
האָט ער אויסגעטאָן די תּפֿילין
און האָט אָנגעטאָן די ברילן
און געשיקט נאָך די פֿידלערס די צווײ.
און די פֿידלדיקע פֿידלערס
האָבן פֿידלדיק געפֿידלט,
האָבן פֿידלדיק געפֿידלט האָבן זײ. (צווײ מאָל)
און אַז דער רבי אלימלך
איז געוואָרן נאָך מער פֿרײלעך,
איז געוואָרן נאָך מער פֿרײלעך אלימלך,
האָט ער אָפגעמאָכט הבֿדלה
מיטן שמשׂ ר' נפֿתּלי
און געשיקט נאָך די פײַקלערס די צווײ.
און די פײַקלדיקע פײַקלערס
האָבן פײַקלדיק געפײַקלט,
האָבן פײַקלדיק געפײַקלט האָבן זײ. (צווײ מאָל)
און אַז דער רבי אלימלך
איז געוואָרן גאָר שטאַרק פֿרײלעך,
איז געוואָרן גאָר שטאַרק פֿרײלעך אלימלך,
האָט ער אויסגעטאָן דעם קיטל
און האָט אָנגעטאָן דאָס היטל
און געשיקט נאָך די צימבלערס די צווײ.
און די צימבלדיקע צימבלערס
האָבן צימבלדיק געצימבלט,
האָבן צימבלדיק געצימבלט האָבן זײ. (צווײ מאָל)
און אַז דער רבי אלימלך
איז געוואָרן גאָר שטאַרק פֿרײלעך,
איז געוואָרן גאָר שטאַרק פֿרײלעך אלימלך,
האָט ער געטאָן אַ גוטן גענעץ
און געזאָגט: מע דאַרף שוין מײן נישט!
און געשיקט די קאַפעליע אַהײם.
די שיכּורע קאַפעליע פֿון רבין מלך–אליה,
האָט אויסגעשטעלט דעם דלוּת אַ פֿײַג.
די פֿרײלעכע קאַפעליע
האָט געהאָפקעט ביז דער סטעליע
און זיך פֿאַרביטן מיטן קלאַפער–געצײַג:
די פֿידלדיקע פויקער
האָבן צימבלדיק געפֿידלט,
און בראָנפֿנדיק געגאָסן זיך מיט ווײַן.
די לוסטיקע קלעזמאָרים
מיט פֿלעשער אונטערן אָרעם,
האָבן געהוליעט ביז אין העלן טאָג אַרײַן.