פֿ‏‎ון אליעזר שינדלער (1892 – 1957)


דער פּויער

פֿון לעצטן ביז צום ערשטן שנײ,
באַהעפֿט אינגאַנצן מיט זײַן ערד,
זשיוויעט זיך פֿון ברויט און טײ,
און אַרבעט שווער ווי זײַנע פֿערד...

אַ מידער אויף די אויוון־שטײנער
וואַרעמט ער די דאַרע בײנער.
פֿון יעוואַנגעל און פּסאַלטיר
עמיץ לײנט ער אין שטוב אַפֿיר...

יעדעס וואָרט בײַ אים אַ סוד...
— אינדרויסן וואָיעט בײז דער ווינט —
...„אײביק שטאַרק און גרויס איז גאָט,
און יעדער מענטש איז זײַנס אַ קינד‟.

שינדלער, א. „לידער‟. ווילנע: גרינינקע בײמעלעך, 1929. ז. 13.