דער מאדזשיצער רבי און די אפעראציע
צוריק צו קורצע געשיכטעס פון ריזיקע מענטשן
דער מאדזשיצער רבי, רבי ישראל[1] האט אין זיינע לעצטע יארן געליטן אויף א פוס, און איז געלעגן אין א שפיטאל אין בערלין. דער דארטיקער פּראפעסאר האט אים אפּערירט און באהאנדלט. אין דער צייט האט דער צדיק קיין קרעכץ נישט געטאן, נאר כסדר געזונגען.
דאן ביי דער אפּעראציע, האט ער פארפאסט זיין באוואוסן ניגון "אזכרה" וועלכער אנטהאלט עטלעכע און פערציק פאלן.
איינמאל רופט זין אן צו אים דער פּראפעסאר: רבי פאר א וויילע צוריק האב איך אייך דערמאנט צו גוטנס. א גרויסער גענעראל ליגט דא אין שפיטאל און שרייט פון גרויסן ווייטאג. האב איך אים געזאגט: קום אריין אין דעם צווייטן צימער, וועסטו זען דארטן ליגט א יידישער רב, וועלכער ליידט פון פיל מער יסורים פון דיר, און פון דעסטוועגן אנשטאט צו שרייען, זינגט ער גאר.
ניין הער פּראפעסאר – האט דער – מאדזשיצער רבי אים געענפערט – איך שריי טאקע אויך, נאר כדי מיינע געשרייען זאלן נישט גיין אומזיסט, פארוואנדל[2] איך עס אין א געזאנג פארן בורא יתברך שמו.
מקורות
רעדאַקטירןדער אידישער שטראל
הערות שוליים
רעדאַקטירן- ↑ רבי ישראל טויב מאדזישצער. דער ערשטער אדמו"ר פון מאדזישץ, תר"ט – תרפ"א (1849- 1921).
- ↑ פארוואנדלען = שנה צורה, הפך לְ-.
>