געזונגען דורך יום טוב עהרליך


דער גענעראל

א גליקליכע נאַכט,
זיך געענדיקט די לעצטע שלאַכט.
בערלין איז באפרייט,
צוקלאפט איז דער שונא,
אין שטאט איז א נייע מאכט.

ראקעטן, מוזיק,
פארן טאנקען און אהין און צוריק.
און גאר פרעמעדע מענטשען דריקן די הענט זיך,
און וויינען אזאש פון גליק.

אין דעם קעניגליכן זאַל,
קומט איצט פאר א גרויסער באַל.
עס פֿאַרבריינגען זיך צוזאַמען,
גרויסע פֿירער פֿון איבעראָל.

אַמעריקאַנער גענעראַל,
מיט אַ רוסישן מאַרשאַל.
א פראנצייזישער מיניסטער,
מיט דעם ענגלישן אַדמיראַל.

און אויך אויפן זאל,
אונטער בליקן פון איבעראל.
אין שענסטן באלקאנע זיצט דארטן "איינזאן",
א רוסישער גענעראל.

דער העלד פון בערלין,
דער באפרייער פון פראג און ווין.
ער הערט אין דעם זאל געשרייען פון כבוד,
און גיט נישט קיין בליק אהין.

אַ סטאַטויע קוקט אים אָן,
פֿון דעם גרויסן נאפוליאן.
א שטיק שטיין מיט קאַלטע אויגן,
קאן נישט רעדן און קאן גאר נישט טאָן.

ס'איז אמאל געווען א העלד,
האט געראשט מיט אים די וועלט.
פון דעם העלד וואס ס'איז געבליבן,
א שטיק שטיין ערגעץ אין מיטן פעלד.

דער גענעראל גיט א קלער,
אויך פון מיר וועט נישט בלייבן מער.
ס'ועט שפילן מוזיק, מען וועט טראגן בלומען,
מאשירן וועט מיליטער.

רעדן וועט ווער,
עס וועט פֿאַלן אַ פֿריינדס אַ טרער.
און עס וועט דורכגיין א צוויי דריי יארן,
און מע וועט נישט געדענקען מער.

וואס טויגט בלומען מיט מוזיק,
וועל פארלאשן איז דער בליק.
נאריש איז דער גאנצער לעבן,
און נישטא גאר קיין אמתע גליק.

וואס איז דען דער כבוד ווערט,
אז נישט מען זעט און נישט מען הערט.
?זיין האנט רײַסן ווי מעדאַלן?,
און זיי פאלן אראפ אויף דער ערד.

און מיט אמאל,
זעט ער הייזאלאך טיף אין טאל.
און אט דערקענט ער דעם טאטנס הייזל,
און הערט דעם מאמענס קול.

עס איז פרייטיק פארנאכטס,
אינדרויסן איז פינסטער שווארץ.
אין הויז איז דאך ליכטיג א פארגעניגן,
פול איז מיט פרייד די הארץ.

ביי די ברענענדיגע ליכט,
דער מאמעס גליקלאכער געזיכט.
ווען דער טאטע פאר א הענטל,
האט אין שולכען אוועק געפירט.

ווי געשמאק איז דאן געווען,
יענער דאוונען מיט א ברען.
די שענסטע צייט וואס אין זיין לעבן,
האט ער אין קליינינקן שולכען געזען.

ער זיצט און ער טראכט,
ער דארמאנט זיך א שיינע נאכט.
צום הייליגן רבי'ן האט עם דער טאטע,
אין צימער אריינגעבראכט.

און אונטערן ברעם.
האט דער רבי געקוקט אויף עם.
דעם טאטן געזאגט דיין זון וועט אויסוואקסן,
א צדיק אם ירצה השם.

און די מאמע גייט און קוועלט.
ווער דארף כבוד ווער דארף געלט.
אז מען וואקסט שוין אויס א צדיק.
האט מען די וועלט און סיי יענע וועלט.

ווער האט כבוד ווער האט געלט.
און האט קיין גליק נישט אויף דער וועלט.
ער וואלט זיין לעבן אפגעגעבן.
ער זאל וויסן וואס מיינט יענע וועלט.

און פלוצלינג ער זעט,
ווי ער שטייט ביי דער מאמעס בעט,
און איידער אויף אייביג זי איז איינגעשלאפן,
האט זי צו עם גערעדט,

האב נישט קיין שרעק,
וואס איך גיי פון דיר קינד אוועק,
איך וועל צו דיר קומען און היטן,
גיין מיט דיר אין דיין וועג,

און נישט איינמאל ביי דער נאכט,
איז זי געווען מיט עם אין שלאכט,
און נישט איינמאל אים געמינטערט,
און צום לעבן צוריק געבראכט,

נישט געווען ווען טאן א קלער,
ווי די מאמע קומט אהער,
אז ער ווייסט עס דאך אויף זיכער,
אז שוין יארן אז זי לעבט נישט מער,

א וואלס פאנגט זיך אן,
שפילט א סאלא דער באריטאן,
עס וועט שוין מער נישט זיין קיין מלחמה,
א נייע צייט קומט אן,

און דער קאנטריבאס,
ברומט זיך אונטער א שפאס א שפאס,
אלע זיי ריידן שיין וועגן שלום,
אין הארצן איז פול מיט האס,

גענערעלער פון דעם זאל,
שפאנען צו דעם גענעראל,
מען וועט טרינקען פאר זיין כבוד,
מען וועט אנטוען אים א מעדאל,

דער באלקאן איז אבער לער,
קיינער ווייס ניט אוואו איז ער,
אויף דער ערד ליגן צעווארפן,
די מעדאלן זיינע נישט מער,

א דורך איז א צייט,
איבער ים'ען דארט ערגעץ ווייט,
אין אידישן צענטער אין קליינעם שולכען,
אין ווינקל פון מערב זייט,

א פרוש זיצט דארט,
הויך דער שטערן און לאנג די בארד,
ער דריקט צו צום הארצן דעם קליינעם תהילים,
און מורמלט שטיל פון דארט,

קיינער ווייס ניט ווער איז ער,
ווען מען פרעגט עם שמייכלט ער,
און פון זיינע אויגן פאלן,
הייסע טרערן א טרער נאך א טרער,

און ער זאגט אז אך און וויי,
זיין א גענעראל ביי זיי,
בעסער זיין א פשוט'ער זעלנער,
אין דעם אייבערשטנס ארמיי,