געזונגען דורך יום טוב עהרליך


דער ברית (דערציילט פון ר' בצלאל דער מאסקווער מוהל, די געשיכטע וואס איז געשעהן מיט איהם אליין)

די נאכט איז געקומען דער טאג איז אוועק
די גאסן פון מאסקווע אין פחד און שרעק
די טויערן זיינען פארשטעלט מיט סאלדאטן מען לאזט ניט אריין ניט ארויס
מען זוכט דארט א גרויסן פארברעכער אין ווינקאלאך פון יעדן הויז

ר' בצלאל דער מוהל ער זיצט און ער ווארט
די ליכט איז פארלאשן די טיר איז פארשפארט
די קינדארלאך שווייגן זיי ווייסן שוין אז די סאלדאטן ברענגען נישט קיין גליק
נאר כאפן צו טאטעס און קינדער וואס קומען קיינמאל נישט צוריק

פלוצלינג דערהערט מען א טומל אין הויף
מען הערט די סאלדאטן מארשירן ארויף
מען קלאפט און ער לאזט זיי אריין און זיי הייבן אן זוכן ביי איהם אזוי לאנג
ביז זיי געפינען א קליינינקע שאכטעלע אונטערן שאנק

מיר האבן געפונען זאגט דער קאמאנדיר
די הענט אין דער הויך זיך נישט גיבן קיין ריר
די שאכטל ליגט אפן פריי פאר די סאלדאטן און זיי באטראכטן מיט פרייד
א שטיקעלע וואטע, א שערל, א קליינינקן חלף אין שייד

א געפאנצערטע קאר פליט אין גאסן געשווינד
ר' בצלאל זאגט ווידוי ער וויינט ווי א קינד
די הענט מיט א קייט פעסט אויף הונטן געבונדען א שווערע זאך איבערן קאפ
און די קאר לויפט אָן אַן אויפהער און שרייט און זי שטעלט זיך נישט אפ

און פלוצלינג מען שטעלט זיך מען נעמט אים ארויס
מען פירט איהם ארויף ערגעץ הויך אין א הויז
מען בינדט אפ די הענט און מען דעקט אויף זיין פנים און עס באווייזט זיך פאר אים
רעכטס א מזוזה א גרויסע אנטקעגן די בילד פון בעל שם

אויפן טיש א מנורה עס ברענען פיל ליכט
א איד מיט א בארד מיט א שיינעם געזיכט
שלום עליכם זאגט ער דעם איד און ער שמייכלט צו אים מיט א פרייד
האט נישט קיין מורא בארואיגט אייך זעצט אייך און הערט וואס איך רעד

איך בין געוועזן אין שטאט דא א רב
און דערפאר האט געקומט מיר א ביטערער סוף
האט דער באשעפער געהאלפן מיין זון איז געווארן א פירער א גרויסער אין לאנד
און האט מיך באהאלטן ביי אים דא אין וואוינונג פארשטעלט פאר א וואנט

און ווען מיין שנור האט געבוירן א זון
האב איך געזאגט איך וויל נישט וויסן דערפון
איך וויל עס נישט האלטן נישט גלעטן נישט דרוקן אפילו נישט אנקוקן ביז
מען וועט מיר ברענגן אן ערליכן מוהל און מאכן א ברית

ווען איר קומט אליין וואלט מען חושד געווען
מען האט געמוזט מאכן מען זאל אייך ניט זען
נאט אייך די שאכטל נעמט אייך די כלים זאל זיין אין א מזל'דיגע שעה
איך וועל זיין סנדק, טאטע מאמע די קוואטער, דאס קינד ברענגט ברוך הבא!

דער מוהל דאס קינד האט גע'מל'עט מיט גליק
דער זיידע האט ליב עס צום הארצן געדרוקט
און שרייט אויס רבונו של עולם די מצוה פון פדיון שבויים איז גרויס
ס'א תינוק שנשבה מיר קאָנען נישט אויסלייזן דו לייז אים אויס

א געפאנצערטע קאר פליט אין גאסן צוריק
ר' בצלאל ער זיצט דארט פאר'שיכור'ט פון גליק
ארום אים עס ליגן פיל פעקלעך מתנות אהיים דער משפחה געפירט
די קאר האט געטריבן א מענטש מיט א גוטע מאסקירטן געזיכט

ער האט אים אריינגעפירט שטיל אין זיין הויף
געהאלפן די פעקלאך צו טראגן ארויף
און דאנקט אים און בעט זיך מיר האבן אייך וויי געטאן האט קיין פאראיבל ניט
אז דער זיידע איז א איד און דער טאטע א איד מוז דער אייניקל זיין א איד

איך האב מיין לעבן געשטעלט אין געפאר
און איך האב געטאן עס מער ניט דערפאר
ווייל איך האב ביינאכט היינט געזען אז ס'איז דא א באשעפער וואס פירט אן און היט
אז דער זיידע איז א איד און דער טאטע א איד מוז דער אייניקל זיין א איד