דער בעט א קבר, א קבר א בעט
צוריק צו קורצע געשיכטעס פון ריזיקע מענטשן
רבי יהושע'לע בעלזער איז געווען א גרויסער בעל צדקה, זיין גאנץ געלט פלעגט ער צעטיילן, און פאר זיך גארנשיט איבערלאזן.
ווען ער האט חתונה געמאכט זיינע א טאכטער מיט איינעם פון די טשערנאבלער אייניקלעך, וועלכע זיינען געווען געוואוינט צו לעבן מיט רחבות, האט דער איידעם זיך נישט געקענט געוויינען דאס ניי הארט לעבן.
איין מאל גייט ער אריין צום שווער און פארקלאגט זיך פאר אים, אז די בעט זיינע איז אזוי צעבראכן, דאס ווען ער ליגט אויף איר, שפירט ער ווי ער וואלט געלעגן אין קבר.
מיין קינד - האט רבי יהושע'לע געזאגט - דער וואס שפירט ווען ער ליגט אויף דער בעט ווי ער וואלט געלעגן אין קבר, דער שפירט אין קבר ווי ער וואלט געלעגן אין בעט.
הערות שוליים
רעדאַקטירן
מקורות
רעדאַקטירןדער אידישער שטראל