די רייד פון רבי יוסף יצחק שניאורסאן תרצ"ד
אין צוויי ערטער אין דער הייליקער תורה, ביי זאכן וואס געהערן צום כלל ישראל, מתן תורה און נדבות אויף מאכן דעם משכן, ווערט איר פרויען דערמאנט פריער פאר די מענער.
ביי מתן תורה שטייט (שמות י"ט, ג') כה תאמר לבית יעקב — אלו הנשים. מכילתא — ותגד לבני שראל, און ביי די נדבות אויף דעם משכן שטייט (שמות ל"ה, כ"ב) ויבואו האנשים על הנשים, — די פרויען זיינען פריער געקומען און געבראכט זייערע נדבות און נאכדעם די מענער. (רמב"ן)
אויף דער הייליקער תורה מאכט מען א ברכה, - אשר נתן לנו תורת אמת וחיי עולם נטע בתוכנו — געלויבט איז דער בורא וואס האט אונז געגעבן א ריכטיקע תורה, און דעם עולם לעבען האט גאט ברוך הוא ביי אונז אידן געפלאנצט.
דער אינהאלט פון דער ברכה איז, אז די ריכטיקייט פון אונזער הייליקער תורה איז מיט דעם וואס זי ווייזט די ריכטיקע שיינע פירונג אין דעם וועלט לעבן, ווי דער מענטש דארף זיך פירן אין אלע זאכן, בין אדם למקום, בין אדם לחבירו, און איז פאמיליען לעבן.
יעדער ווארט אין דער הייליקער תורה זאגאר אויך אפילו דער סדר פון א סיפור וואס ווערט דערציילט אין דער תורה גיט אונז א פארשטאנד ווי א אידיש הויז דארף זיך פירן אין לעבן.
דער באפעל פון השם יתברך צו משה רבינו מיט דער אויסשפראך, — כה תאמר, אזוי זאלסטו זאגן - שטייט צוויי מאל, איין מאל (שמות י"ט, ג') פאר מתן תורה, און דער צווייטער מאל (שמות כ' י"ט) - נאך מתן תורה, אין דעם ערשטן מאל ווערן דערמאנט מענער און פרויען, אין דעם צווייטן מאל זיינען דערמאנט נאר מענער אליין.
מתן תורה איז ניט נאר א איינמאליקע זאך, דאס איז א שטענדיקע זאך. דער נוסח הברכה איז נותן התורה, עס איז אלעמאל.
אין אידישן פאמיליען לעבן איז מתן תורה אט דאס וואס מען גיט די קינדער א תורה חנוך, די זין אין א אידישן פרומען חדר, וואס ווערט אנגעפירט דורך מלמדים ערלעכע אידן מיט א שטרענגער הדרכה והשגחה, און די טעכטער דדערציויגן אונטער דער הדרכה והשגחה פון ערלעכע אידישע דערציאונג דורך געוויסע פרומע גוטהערציקע דערציערינס.
פאר מתן תורה האט גאט ב"ה געזאגט צו משה רבינו, כה תאמר לבית יעקב, ותגד לבני ישראל דא ווערן פריער דערמאנט די פרויען נאכדעם די מענער.
פאר מתן תורה, דאס הייסט איידער מען דארף די קינדער א תורה חנוך געבן, דעם זון אין חדר און די טאכטער א גוטע דערציאונג דארף מען רעדן מיט די מאמעס פון די קינדער.
ביי אייך פרויען אין האנט ליגט דער גורל פון אייע קינדער זאלן געזונט זיין, דער גאנצער צוקונפט פון אייערע קינדער צום גוטן אדער - חס וחלילה - שלעכטן, ווענדט זיך איז דער דערציאונג, אויף אייך ליגט די גאנצע פאראנטווארטליכקייט פון דער גרויסער הארבער חינוך אויפגאבע.
איר פרויען מוז געדענקען אז דער גליק אדער – חס וחלילה — דער אומגליק פון אייער קינד איז ביי אייך אין האנט, אין וואס פאר א חדר איר וועט אייער זון געבן און וואס פאר א דערציאונג איר וועט אייער טאכטער געבן אין דעם איז אפּהענגיק דער גאנצער גורל פון אייערע קינדער און פון אייך אליין.
פרויען, מאמעס פון קינדער, געדענקט די ווענדונג פון גאט ברוך הוא צו אייך אין די הייליקע ווערטער כה תאמר לבית יעקב און דערפילט אייער אויפגאבע אין חינוך מיט דער גרעסטער אויפמערקזאמקייט און דער גרעסטער ערנסטקייט.
נאך מתן תורה שטייט כה תאמר לבני ישראל, אז דער זון קומט פון חדר און די טאכטער קומט פון דער דערציערין, דארף מען זיי פארהערן, זען וואס האבן זיי געלערנט, דער חוב ליגט אויף די מענער אויף די טאטעס פון די קינדער זאלן געזונט זיין.
דאס איז די לערונג וואס די דערציילונג פון מתן תורה גיט אין אידישען פאמיליען לעבן.
דעם צווייטן מאל וואו פרויען ווערן דערמאנט פריער פאר די מענער איז ביי די נדבות זאמלונג אויף מאכן דעם משכן - בית המקדש - מיט די אלע כלים.
דער בית המקדש איז ניט א צייטווייליקער בנין, דאס הייסט א איין-מאליקע געביידע, נאר יעדע אידיש הויז בויט א בית המקדש ווי עס שטייט - (שמות כ,ה, ח') - זיי זאלן מיר מאכן א הייליקטום וועל איך זיין צווישן זיי.
דער גרויסער גאט ב"ה אז ער האט געוואלט מזכה זיין אונז אידן מיט דער גרעסטער מתנה, מאכן א בית המקדש פאר זיין הייליקן נאמען ברוך הוא, איז הגם לי הכסף ולי הזהב, האט געבעטן ביי אידן נדבות אויף צו מאכן דעם משכן - בית המקדש - מיט די הייליקע כלים, און די ערשטע וואס האבן געבראכט די נדבות זיינען געווען די פרויען.
די הייליקע תורה זאגט - (שמות ל"ה כ"ב) - עס זיינען געקומען די מענער נאך די פרויען - וואס די פרויען האבן געבראכט זייער גאלד-צירונג אלס געשאנק צו פארברויכן אויף די אויסבויאונג פון דעם משכן - בית המקדש.
פיר ערליי צירונגען האבן די פרויען געבראכט אלס נדבה וואס פון דעם ווערט אויסגעבויט דער הייליקטום פון גאט'ס הויז כיי אידן.
די פיר צירונגען זיינען: חח, א אויערינג; נזם, א נאז-באנד; טבעת, א פינגער-רינג; וכומז, א ארעם-רינג. אזוי פארטייטשט דער אבן עזרא. די אלע דערמאנטע נעמען פון די צירונגען.
בויען דעם בית המקדש אין דעם פאמיליען לעבן דארפען די מענער און פרויען צוזאמען, אבער די ערשטע נדבות אויף דער הייליקער געביידע פון פאמיליען לעבן איז די געשענקען פון דער פרוי, ווען זי גיט איר צירונג אויף דער הייליקער געביידע פון חינוך דעמאלט וועט זייער הויז זיין א משכן פאר תורה און מצות, און ביי זיי אין שטוב וועט רוען דער הייליקער נאמען פון גאט ברוך הוא מיט פיל גליק.
די ערשטע נדבה איז די צירונג פון די אויערן, דאס מיינט גוט צוהערן זיך צו די ווערטער וואס די תורה הקדושה און גדולי ישראל זאגן ווי מען דארף קינדער זאלן געזונד זיין דערציען און ווי מען דארף א אידיש הויז פירען, אויך שטארק צוהערן זיך וואס די קינדער רעדן צווישן זיך, און מיט זייערע חברים און חברטעס. געוויינלעך, רעדן קינדער צווישן זיך און מיט זייערע חברים און חברטעס נאך דער שטימונג וואס זיי הערן ביי זייערע עלטערן אין שטוב, דארפן די עלטערן אויפפירן זיך צווישן זיך אין דעם שענסטן איידעלען דרך-ארצ'דיקן באציאונג - ווי די תורה הקדושה לערנט אונז - אום די קינדער זאלן האבן פאר זיך דעם ריכטיקן פיינעם ביישפיל.
דער צווייטער צירונג איז דער נאז-באנד דאס מיינט דעם חוש הריח, גוט אכטונג געבן מיט וואס פאר א חברים און חברטעס זייערע קינדער קומען אין בארירונג, ווער און וואס פאר א קינדער עס קומען צו זיי, און צו וועמען און וואוהין עס קומען זייערע קינדער, און שטרענג פארשן צי דאס איז די פאסענדע חברים און חברטעס פאר זייערע קינדער.
דער דריטער צירונג איז דער פינגער-רינג. דאס מיינםט אז די ערשטע צוויי צירונגען זיינען נאך ניט גענוג אויף דעם אויסבויען פון דעם הייליקן בנין, מען דארף א קינד ווייזן דעם ריכטיקן וועג ווי א קינד דארף זיך אויפפירן, געבענדיק די קינדער זאלן געזונט זיין גוטע ערקלערונגען. די גוטסקייט ווען זיי וועלן פאלגן און גיין אין א גוטן וועג, און די שלעכטקייט ייען זיי וועלן - חס וחלילה - ניט פאלגן און גיין אין א שלעכטן וועג.
די פערטע צירונג איז די ארעם-באנד. עס מוז זיין א שטרענגע פירונג מיט קינדער, ניט נאר אז זיי פאלגן ניט, נאר אויך דאן ווען זיי פאלגן, קינדער זאלן געזונט זיין מוז מען האלטן שטרענג און דורך דעם דערוועקן ביי זיי א לעבעדיקייט אין זייער לערנען אז זיי זאלן לערנען בשקידה ובהתמדה.
איך בין זיכער אז די אלע וואס זיינען דא, מערערע פון זיי ו אדער אלע ווילן אז זייערע קינדער זין און טעכטער זאלן געזונט זיין, זאלן זיין געזונטע קינדער אין גשמיות און געזונטע אין רוחניות, שומרי תורה ומצוות.
אבער יעדע מוטער און פאטער מוזן וויסן אז וועלן אליין איז נאך ווייניק, צו דעם וועלן דארף מען טאן אזעלכע זאכן וואס דער גוטער ווילן זאל פארווירקלעכט ווערן אין לעבן.
גיט אייערע קינדער זאלן געזונט זיין די ריכטיקע גוטע דערציאונג לויט דעם אלטן געזונטן פיינעם חינוך, די זין שיקט אין גוטע פרומע חדרים און די ישיבות וואו מען לערנט תורה ויראת שמים, די טעכטער גיט צו גוטע פרומע דערציערינס, דעמאלט וועלן די קינדער אייערע, זאלן געזונט זיין, זיין שומרי תורה ומצוה, גיט אייערע צירונגען און בויט דעם בית המקדש וועט איר זען פיל נחת בדור ישרים יבורך בגשמיות וברוחניות.
רש״י טייטשט די צירונג פון כומז, אז דאס איז די מצוה וואס געהערט צו פרויען, טהרת המשפחה. איך בין זיכער, אז די אלע וואס זיינען דא איז מיר איבעריג איבער דעם צו רעדן, נאר איך וויל זאגן אז די פרויען וואס היטן אפּ אלעס ריכטיק כדין התורה, דארפן זיך ניט באגנוגענען מיט זייער אייגענע גוטע פירונג, נאר געבן זיך די גרעסטע מי און מיט די שענסטע איידעלע באנעמונג, געבן צו דערקלערן די באקאנטע די וויכטיגקייט פה אפּהיטן דיני טהרה, און מיט די גרעסטע טיפסטע גוטהארציקע אידישע פריינטשאפט ווירקן אויף זייערע באקאנטע היטן טהרת המשפחה, וואס מיט דעם וועלן זיי ברענגען גליק אין זייערע הייזער.
השם יתברך זאל העלפן אייך און אייערע מענער זאלן געזוגט זיין אז איר זאלט מיט גליק און געזונט און פיל פרנסה האדעווען אייערע קינדער זאלן געזונט זיין לתורה חופה ומעשים טובים, און איר זאלט זען אין זיי פיל נחת, די וואס דערווייל האבן נאך ניט קיין קינדער זאל השם יתברך דערפרייען זייערע הערצער און די הערצער פון זייערע מענער זאלן געזונט זיין מיט געזונטע לאנגע יאריקע אידישע קינדער.