די צוויי גלחים קאפיטל דריי
די צוויי גלחים קאפיטל איינס - - - - די צוויי גלחים קאפיטל צוויי - - - - די צוויי גלחים קאפיטל דריי - - - - די צוויי גלחים קאפיטל פיר
חודש אייר תשס"ט
דער באזוך אין יד ושם תשנ”ב (1992).
אין ירושלים, אביסל אינדרויסן פונעם געגענט, געפינט זיך דער היסטארישער בארימטער ‘יד ושם’ מוזיי, וואס איז אויפגעשטעלט געווארן צו זאמלען אינפארמאציע איבער דער צווייטער וועלט מלחמה. אט צו דעם צענטער האט זיך קלארא געוואנדן איר טריט ביים ערשטן געלעגנהייט נאכן אנקומען קיין ארץ ישראל, צו העלפן טרעפן אן איבערבלייבער פון שוויציעני.
זיי האבן איר נישט אנטוישט. נאך א קורצע צייט זוכן, האבן איר די באאמטערס דארטן אנגעוויזן אויף א געוויסן ראובן געלסקי פון תל אביב וואס איז געווען פארצייכענט ביי זיי צו שטאמען פון יענע געגענט. קלארא האט געכאפט א טעלעפאן און אנגערופן דעם איד צו פרעגן אויב ער ווייסט אן אינפארמאציע איבער ראמאעלד’ס משפחה.
- “האלא?!” “אגוטן. זענט איר ראובן לעווי פון שוויציעני?”
- “יא איך בין דאס, וואס דארפט איר?”
“איך זוך אן אינפארמאציע איבער א געוויסע משפחה פון יענעם געגנט. איך האב א באקאנטן אין פוילן וואס האט הערשט אויסגעפונען אז ער איז א איד און זיינע עלטערן האבן געוואוינט אין שוויציעני. איך בין ספעציעל אריבער געקומען פון פוילן אים צו העלפן זוכן זיין פאמיליע.”
- “ווי אזוי הייסט ער?”
“דאס איז א גרויס פראבלעם. ער ווייסט בלויז זיין גויאישן נאמען. ער האט בלויז איינציגע סימנים וואס זיין גויאישע מאמע האט אים געוווסט איבערצוגעבן. איר ווייסט עפעס איינער דארט וואס האט געהאט א שניידעריי אויף די באכרינטי גאס?”
- “יענקל וועקסלער!! אוודאי ווייס איך!... אוי, יענקל!... איר וועקט מיר אויף אלטע זכרונות... יוש, איז ער געווען א פיינער איד.... ער פלעגט יעדע וואך טיילן צוקערלעך פאר די קינדער אין שול... אזא זיס איד’ל... איך געדענק נאך זיין אינטערסאנטע לולקע וואס ער האט געהאט בירושה פון זיין זיידע.... יענקל, יענקל,... איין מינוט! וואס האט איר נאר געזאגט? איינער זוכט אן אינפארמאציע איבער אים?”
“יא מר. געלסקי. ער האט א זון אין פוילן וואס האט איבערגעבליבן דורך זיך אויסבאהאלטן ביי א גויאישע משפחה. זאגט ביטע, האט ער נאך משפחה מיטגלידער וואס האבן יא איבערגעבליבן פון דער קריג?”
- “אה, אויף דעם קען איך אייך נישט ענטפערן. עס קען זיין, אבער איך בין נישט אזוי באקאנט מיט וועמען עס האט אלץ אויסגעלעבט. אבער צופעליג, קומענדיגע וואך וועט אין חיפה פארקומען א פארזאמלונג פון אלע שוויציעני אפשטאמלינגען, איך וואלט געראטן איר זאלט אריבערקומען אהין. עס וועט זיכער זיין איינער וואס וועט אייך קענען מער העלפן דערוועגן.”
“א שיינעם דאנק, מר. געלסקי. זאלט איר זיין געזונט און שטארק.”
א פעטער מיט א מומע!
נישטא וואס צו רעדן אז קלארא איז די קומענ דיגע וואך טאקע אראפגעפארן קיין חיפה זיך צו טרעפן מיט די איבערבלייבערס. צו איר גרויס איבע ראשונג האט זי דארט אויסגעפונען אז ראמאעלד האט נאך א פעטער און א מומע. א ברודער און א שוועסטער פון זיין פאטער, וואס האבן איוסג עלעבט די קריג. די צוויי זענען געווען פולשטענ דיגע שומת”צ און האבן דאן געוואוינט אין נתני-ה.
ווען קלארא האט זיי פארציילט איבער זייער נאָווינע (= נייער) געפונענער פלימעניק, זענען זיי גאר שטא רק שאקירט געווארן. זיי האבן קיין מאל נישט געוואוסט פון זיין עקזיסטענץ בכלל. דעם עלטערן ברודער, שמוליק, האבן זיי געקענט, אבער אז יענקל האט געהאט נאך א קינד, פון דעם האבן זיי נישט גע וואוסט. ווי עס זעט אויס האבן די וועקסלער’ס עס געהאלטן בסוד, כדי די נאציס זאלן נישט וויסן דאס נאכצוגיין, ווען זיי וועלן באמערקן אז דאס קינד פעלט.
קלארא האט אויך באוויזן צו פארשאפן א בילד פון ראמאעלד’ס מוטער פון איינער וואס האט זיך אינדענטיפיצירט אלס איר’ס א פריינדי נע. זי איז אצינד שטארק צופרידן געווען אז עס איז איר געלונגען אויסצופירן איר שליחות.
עס איז נישט צום באגרייפן די שמחה וואס ראמאעלד האט געהאט ווען קלארא האט אים איבערגעגעבן די אינפארמאציע נאכן זיך צורי קקערן קיין לובלין. א גאר שווערע עול איז אים אראפ פון הארץ. ענדלעך, ענדלעך, נאך אזוי פיל יאר טאפן אין דעם פינסטערניש, איז זיין אפשטאם אנטדעקט געווארן. קוקענדיג אין בילד פון זיין מאמע און זעהן ווי איר צורה ענדעלט אזוי שטא־ רק אין זיינ’ס, האט ראמאעלד אויסגעשאסן אין אן היסטערישן געוויין געמישט פון טרויער און פרייד. זיין גאנצע מיטמאכעניש פון די לעצטע 10 האט אצינד אויסגעפלאצט. ער האט טאקע קיינמאל נישט געקענט זיינע עלטערן, אבער א הארץ שפירט א הארץ. א טאטע און א מאמע זענען בלויז דא איינס און דאס ליגט איינגעק־ ריצט אויף אייביג.
דער היסטארישע צוזאמטרעף
די געפילען זענען אויפן העכסטן פארנעם. די עקסטאז איז געוואלדיג. מען קען שפירן אין די לופטן אז עפעס גאר ספעציעל גייט יעצט פארקומען. וואס הייסט! א מאן פון יענעם עק פוי לן גייט אט אט ארויסקומען און זיך טרעפן מיט זיין משפחה וואס ער האט קיינמאל נישט געזען און געקענט.
פעטער הערשל וועקסלער און מומע רחל סארגאוויטש, צוזאמען מיט זייערע קינדער, ווארטן מיט שפאנונג אינעם לוד לופטפעלד אויף זייער פארלוירענע פלומעניק. אין די האנט הא לטן זיי ‘שלום עליכם’ באלאנס און בלומען אוי פצונעמען דאס איינציג פארבליבן קינד פון זייער ברודער יעקב.
“וויאזוי טראכסטו זעהט ער אויס?” - פרעגט רחל איר ברידער - “ווי דער טאטע אדער די מאמע?” “וואס פרעגסטו יעצט נארישע שאלות!” - ענטפערט הערשל א נעוועזער - “ווארט צו אפאר מינוט וועסטו זעהן.” הערשל איז זעהט אויס געווען שטארק אנגעצויגן ערווארטענדיג דעם היסטארישן גאסט.
“ער איז דא! ער איז דא!” האט איינער פון די קינדער פלוצלינג אויסגעשריגן. “קוק! יענער מענטש זעהט אויס פונקט ווי איינער פון אונזער משפחה! עס מוז זיין איהם.”
“ראמאעלד!” האט הערשל אויסגעשריגען הויך אויפן קול, ווען די ארומיגע קוקן איהם אהן מיט בייזע בליקן. ראמאעלד האט איהם דערזעהן פון דערווייטנס און איז מיט איין אימפעט צוגעלאפן צו זיך באגעגענען מיט זיין משפחה מיטגלידער. נאך א ווארעמע אויפנאמע האבן זיך די גרו פע ארויסגעלאזט צו הערשל’ס היים ווען אויפן וועג האט ראמאעלד צום ערשטן מאל געהערט א באריכט איבער זיינע עלטערן און איבער זייער לעבנס געשיכטע.
ווען הערשל האט אבער געהערט וואספארא פאזיציע ראמאעלד פארנעמט, איז ער שטארק צובראכן געווארן דערפון. הלמאי זיין ברודער’ס איינציג פארבליבן קינד דינט אלס א שמייליגע גלח פאר די קריסטליכע גלויבן. קיין טענות אויף איהם דירעקט האט ער געוויסט אז ער קען נישט האבן, אבער איידערלערהייט האט ער פרובירט צו איבערווייזן פאר ראמאעלד די טומאה וואס ער טוט דא פארטרעטן.
ראמאעלד, זייענדיג א ריכטיגע תינוק שנשבה, האט נישט פארשטאנען קיין סאך וואס אידיש־ קייט מיינט און וואספארא אומרעכט ער באגייט. וויפיל מען האט איהם דאס נאר מסביר געווען איז עס נישט אריין אין זיין קאפ. למעשה, ווען ער איז אהיים געפארן האט ער נעבעך באשלאסן אז ער איז ביידע, סיי א איד און סיי א קריסט... נישט קענענדיג פארשטיין אז די צוויי גייען נישט אינאיינעם.
אין לובלין, האט זיך ראמאעלד געטוישט זיין נאמען צו ראמאעלד-יעקב וועקסלער וואסזקינעל. זיין אייגענע אידישע נאמען האט ער נישט געוויסט דעריבער האט ער זיך א נאמען געגעבן נאך זיין לייטזעליגער פאטער וועלכע איז אומגעקומען עקדה”ש. ער האט זיך איינגעשריבן אלס א מיטגליד אין די ארטיגע אידישע קהלה, און האט זיך אייניגע יאר צוריק באטייליגט ביי די באנייאונג פון די בארימטע ‘ישיבת חכמי לובלין’. לעצטנס האט זיך ב”ה אויפגעוועקט דעם אידישן פונק און ער פלאנט זיך צו באזעצן אין ארץ יש ראל זיך מער צו באקענען מיטן אידישן לעבנ’ס שטייגער. לאמיר מתפלל זיין אז יעקב בן בתי’ זאל זיך פולשטענדיג אפלאזן פון די קריסטל עכע גלויבן און דינען בלויז דעם איין איינציגן באשעפער. וילמדו תועים בינה.
מקורות
רעדאַקטירןגלגל אינפא
זיך איינצושרייבן צו באקומען טאג-טעגלעך: signup@galgalejournal.com