די משפּחה מאַשבער
מחבר:דער נסתר
באַנד:1
אויסגאַבע:ניו־יאָרק, 1943
ערשטע אויסגאַבע:קיעוו, 1939
פאַרלאַג:פאָלקס־פאַרלאַג
סקאַנירטע ווערסיע אין Internet Archive:nybc200733
די צאָל זייטן:440
אינהאַלט:זע אונטן
אַלע בענד:
דער נסתר
די משפּחה מאַשבער
ראָמאַן





פאָלקס־פאַרלאַג
אַלוועלטלעכער יידישער קולטור־פאַרבאַנד


↤ 2



Der Nistor
DI MISCHPOCHE MASCHBER



Copyright 1943
YCUF
189 SECOND AVE; NEW YORK


דרוקעריי: „פּראָמפּ פּרעס”, 113 פערטע עוועניו, ניו־יאָרק.
Printed in U.S.A.‎‏

↤ 3



ערשטער טייל
צייט — די 70־ער יאָרן פונעם פאָריקן יאָרהונדערט


מיט אַן אַריינפיר־אַרטיקל
וועגן דעם נסתר
פון נחמן מייזיל


↤ 4



דאָס דאָזיקע בוך איז אַרויסגעגעבן מיט דער הילף פון דער טאַנע גורעוויטש־פאַמיליע און זיינע גוטע פריינט, אין אָנדענק פון דעם טייערן און האַרציקן טאַנע גורעוויטש, וועלכער איז פרייצייטיק געשטאָרבן אין עלטער פון 52 יאָר, יאַנואַר 28, 1943, אין זיין הייס, אינגלסאַיד, ביי שיקאַגע.

↤ 5


דער נסתר

דער נסתר איז געקומען אין דער יידישער ליטעראַטור מיט עטלעכע און דרייסיק יאָר צוריק. ער איז געקומען ווי פון ערגעץ־אומבאַקאַנטע וועלטן, מיט אַ פאַרשטעלט פּנים און געבראַכט טיף־אייגנאַרטיקע און אויסטערלישע שאַפונגען. און אויך אין די ווייטערדיקע יאָרן האָט ער געהאַלטן אין איין הילן זיך אין מאַסקעס און שלייערן. ער האָט פאַרעפנטלעכט ווערק, וואָס האָבן נישט נאָר נישט אַרויסאַנטפּלעקט זיין אינעווייניקסטע וועלט, נאָר אדרבא — אַלץ מער פאַרהילט זיין שאַפעריש געזיכט און כאַראַקטער.

דער נסתר — פּסיידאָנים פון פּנחס־פּיני קאַהאַנאָוויטש — איז געבוירן אין בערדיטשעוו דעם 1טן נאָוועמבער, 1884. ער שטאַמט פון איין זייט פון למדנים, פרומע לייט, און פון דער צווייטער זייט — פון דאָרף־יידן, האָרעפּאַשניקעס. ער האָט באַקומען אַ טראַדיציאָנעלע יידישע דערציאונג, דערנאָך געגעבן לעקציעס אין העברייאיש. ער האָט דעביוטירט אין דער יידישער ליטעראַטור אין 1907 מיט אַ ביכל לידער אין פּראָזע „געדאַנקען און מאָטיוון”. זיינע שילדערונגען און מאָטיוון זיינען לחלוטין אַנדערש געווען פון די שילדערונגען און מאָטיוון פון די אַלע יונגע שרייבער, וואָס די סטיכיע פון דער רוסלענדישער רעוואָלוציע פון 1905־1906 און פון דעם באַלדיקן אָפּגאַנג און אויסערלעכער רעאַקציע פון 1907 און ווייטער האָבן געבראַכט אין דער יידישער ליטעראַטור אינעם צאַרישן רוסלאַנד.

דער נסתר און זיינע אייגנאַרטיקע שאַפונגען האָבן פון אָנהייב אָן שטאַרק גערייצט דעם יונגן עמפינדלעכן לייענער. אין דער צייט, וואָס די עלטערע, איינגעזעסענע יידישע שרייבער האָבן מבטל געווען דעם יונגן נסתר, באַצייכנט אים פאַר אַ פרעמדן און זייטיקן, — האָט דעם יונגן יידישן לייענער געצויגן צו אָט דער קינסטלערישער געשטאַלט, וואָס ברענגט אייגנאַרטיקע מעשיות און מאָטיוון. דער נסתר — אַ מערקווירדיקער נאָמען, און אויך אַזוי מערקווירדיק זיינען זיינע ווערק, וואָס ער שאַפט. זיי האָבן זיך שטאַרק אויסגעטיילט צווישן די דערציילונגען און סקיצן, מאָמענט־ און טאָג־פאָטאָגראַפיעס, וואָס האָבן דאַן, נאָך 1906־1907, פאַרפלייצט די יידישע ליטעראַטור. מערקווירדיקע מעשיות מיט אויסטערלישע פּאַרשוינען, מיט אַלעגאָרישע און סימבאָלישע שילדערונגען. און ווי פאַרפּלאָנטערט זיי זיינען נישט געווען, האָבן זיי געהאַט זייער אייגענעם קינסטלערישן סטיל און דיכטערישן אַראָמאַט.

ווער איז פאָרט געווען דער נסתר, פון וואַנען האָט ער געשטאַמט און דורך וועלכע וועגן איז ער געקומען אין דער יידישער ליטעראַטור?

↤ 6

דערויף איז נישט לייכט געווען צו ענטפערן דאַן, און אויך איצט, אין דער פּערספּעקטיוו פון אַ דריי צענדליק יאָר, איז נישט גרינג צו געבן אויף דעם אַ קלאָרן ענטפער. עס איז לייכט געווען אָפּצופּסקענען (דאָס האָט אַמאָל געטאָן ש. אַנסקי און אַנדערע), אַז דער נסתר איז נישט מער ווי אַ נאָכמאַכער פון רוסישע און פּוילישע דעקאַדענטן, אַז ער איז דורכאויס אַ פּראָדוקט פון פרעמדע איינפלוסן. דאָס אָבער איז געווען לחלוטין פאַלש. אַפילו אין זיינע ערשטע, ווייניק־רייפע זאַכן און מיט דעם נישט־יידישן אינהאַלט, האָט מען געקאָנט אַרויספילן דאָס עכט־יידישע. דער נסתר איז אַ קינד פון דעם יידיש־פּאַטריאָרכאַלן וואָלין, ער איז אויפגעהאָדעוועט געוואָרן אין דער יידישסטער שטאָט פונעם אַלטן רוסלענדישן יידנטום, אין בערדיטשעוו, אָט די שטאָט, וואָס איז געווען אָנגעזאַפּט מיט טיפער יידישער טראַדיציע און אמתדיקן יידישן לעבנס־שטייגער, די שטאָט, וואָס איז פאַר יידן געווען דאָס, וואָס פּאַריז פאַר פראַנצויזן, פּעטערבורג פאַר רוסן, לאָנדאָן פאַר ענגלענדער (ווי שלום עליכם האָט אַמאָל וועגן דער מערקווירדיקער שטאָט געשריבן אין אַ בריוו צו מ. ספּעקטאָר). איז דעריבער געווען פאַלש דער אורטייל, אַז דאָס אויסטערלישע, פאַנטאַסטישע, דאָס סיפּור־המעשהדיקע, וואָס איז געווען אין נסתרן, קומט פון דער פרעמד, פון געבאָרגן.

דער שאַפערישער גאַנג פון דעם נסתר איז געווען אַ שווערער, אַ זיג־זאַגישער, אָפטמאָל האָט ער זיך פאַרדרייט אין וועגן־וועגעלעך פון אייגענעם לאַבירינט.

פאַראַן שרייבער, וואָס קומען אין דער ליטעראַטור מיטן אָפענעם, ברייטן שליאַך, דורך גוט־אויסגעפלאַסטערטע וועגן. און ווען זיי קומען, באַהעפטן זיי זיך גלייך צום שאַפערישן קינסטלערישן קאָלעקטיוו. און זיי און זייערע ווערק ווערן גיך נאָענט און היימיש און אייגן. פאַראַן אָבער שרייבער, וואָס שלייכן זיך אַריין אין דער ליטעראַטור דורך ווייניק־באַטראָטענע שטעגן, זיי רוקן זיך אַריין מיט רויטלעכער בושה ביי זייטן־פּלויטן און אַזוי פאַרבלייבן זיי אַ לענגערע צייט, — אַליין און ווי פאַר זיך. זיי דאַווענען שטענדיק ביחידות, נישט בציבור. אָט־דער דיכטער מורמלט אייגענע שטילע ווערטער נישט פונעם אַלגעמיינעם סידור, נאָר אָן דער זייט, אין אַ ווינקל שעפּטשעט ער זיין אייגענעם געבעט.

דער נסתר האָט אַלע יאָרן געזוכט און גענישטערט וועלטן און היימען און אַזוי אויך געשטאַלטן. עס איז געווען אַ גיין און וואָגלען, אַ גיין און קלעטערן איבער וועגן און הויכן, געטריבן פון אומרו, געיאָגט פון בענקשאַפט און מיטגעריסן פון אַ דראַנג נאָך נייע אמתן, וואָס ער אַליין האָט געזוכט און האָט עס אויך געמאַכט פאַר דער אויפגאַבע פון זיינע פאַרשיידענע פּאַרשוינען.

אין זיינע ערשטע יוגנטלעכע שילדערונגען איז דאָ נאַאיווע פאַרגאַפונג, תמימותדיקע התפּעלות, — עס איז דאָ אַנטציקונג ביים דערזען צום ערשטן ↰ 7 מאָל אַ פּרעכטיקע לאַנדשאַפט, ביים טרעפן זיך מיט אַן אויסטערלישער וועלט, ביים אויפנעמען צאַרטע טיפע ליבע. די איינדרוקן זיינען ביי דעם נסתר געמישט מיט אייגענע געפילן, מיט אייגענער באַגייסטערונג, עס פלעכטן זיך דרויסנדיקע איינדרוקן מיט אינעווייניקסטער התפּעלות.

אַזוי זיינען זיינע ערשטע לידער אין פּראָזע, אָדער זיין פּראָזע וואָס איז ליד. לירישע אויסדרוקן פון אַן עכטן יידישן דיכטער, וואָס נעמט ערשט זוכן וואָרט, בילד און פאָרם פאַר זיינע איבערלעבענישן. אַזוי זיינען זיינע ערשטע זאַכן: „פּויליש”, „ערשטער שניי”, „פרילינג” א. אַז. וו.

אָט ווי ער מאָלט אַ בילד:

„שטיל און פאַרגאַפט שטייט די גרויסע ווייסע און הייליקע שטרעקע מיט גרויסער עלטער־קדושה אויפן פּנים, מיט פאָרכט און וואונדער אין די אויגן און מיט גרויס אהבה און שרעק פון אהבה אין האַרצן; שטייט אין בלויען הימל, אין כשרסטן טלית פון גאָלע תכלת איינגעהילט, שטייט מיט האַרץ ביי דער וועלט און מיט מחשבה ביי דעם האַר פון דער וועלט ... שטייט, קוקט, אירע קניען ציטערן, אירע קניען בויגן זיך, — ווילן פאַרן בורא־עולם קניען, ווילן פאַר זיין גרויסער, שיינער וועלט אַנידערפאַלן. שטיל און פאַרגאַפט אויפן באַרג שטיי איך, מיט מיר די גרויסע, ווייסע שטרעקע, אויף אונדזער קאָפּ דער גרויסער בלויער הימל, און אין הימל — — — שטיל און רייך דער מאָרגנשטערן. — — — שטיל און הייליק ... שטיל און הייליק ...”

די נאַטור, די התפּעלות פאַר דער נאַטור איז אַ יידישע, אין יידישע לבושים געקליידט און מיט יידישלעכער פאַרגאַפונג. מענדעלע איז געווען דער ערשטער אין דער יידישער ליטעראַטור, וואָס האָט פאַריידישלעכט די נאַטור, אָבער ביי מענדעלען איז עס געווען מער־אויסערלעכע מייסטערהאַפטע שילדערונג. ביי נסתרן האָבן מיר מער־אינעווייניקסטע התלהבות פאַר דער נאַטור מער־תפילהדיקער עקסטאַז, מער חסידישע דבקות. נישט אומזיסט האָט דער נסתר דערנאָך (אין 1912) אָנגערופן אַ באַנד לידער און פּאָעמעס מיטן נאָמען „געזאַנג און געבעט”, — אַ געזאַנג, וואָס ווערט אָפט פאַרוואַנדלט אין געבעט, אין דורכאויס־אייגענעם געבעט, וואָס האָט צו טאָן מיט ריין־סוביעקטיווע, פּערזענלעכע שטימונגען און איבערלעבענישן.

מיר טרעפן דאָ און דאָרטן די אייגנאַרטיקע מאָטיוון פון דעם וואָלינער ר׳ נחמן בראַסלאַווער, עס זיינען גילגולים פון ניגונים, וואָס האָבן זיך געטראָגן אין דער אַמאָליקער יידישער וועלט. די ר׳ נחמן בראַסלאַווער מעשה האָט געפונען אַ מאָדערנעם תיקון ביים וואָלינער דיכטער, ביי דעם נסתר.

* *
*

זיין ערשט ביכל, ווי געזאָגט, האָט דער נסתר אָנגערופן „געדאַנקען און מאָטיוון”. אין דעם־אָ נאָמען איז אין אַ געוויסער מאָס דאָ דער דיכטערישער ↰ 8 מהות פונעם אָריגינעלן דיכטער. עס זיינען מאָטיוון, וואָס ווערן געפירט דורך דעם געדענק. נישט סתם־מאָטיוון, נישט סתם־אַנטציקונג, נאָר אַן אַנטציקונג, וואָס קומט פון ערגעץ און פירט צו עפּעס. נישט בלויז וועג און וועגן, נישט נאָר שטרעקעס און מרחקים, נאָר אויך שליחות, מיסיע אין דעם וואָגלען. ביי קיין שום אַנדערן יידישן דיכטער־ליריקער איז נישט געווען אַזויפיל באַוועג, אַזויפיל דינאַמיק, אַזויפיל געקלעטער. אין דעם אַלעמען איז דאָ אָן ספק עפּעס פון פּרצן, וואָס איז אויך געווען שטענדיק געטריבן פון געדאַנק, פון באַוואוסטזיין, אָבער מיט דעם אונטערשייד, וואָס ביי פּרצן איז געווען מער אויפבליץ, מער ראַשיקער צעדונערן זיך, מער האַסטיקער אימפּעט. דער נסתר איז געווען מער באַרעדעוודיקער, ער האָט זיך אָפטמאָל געלאָזט פאַרשפּילן מיט אייגענע רייד, זיך געלאָזט שפּיגלען אין דער פילקאָלירנדיקייט פון זיין שפּראַך. ער איז פאַרבלענדט געוואָרן פון די אַלע פּליטערלעך, וואָס זיין שפּראַך האָט פאַרמאָגט. אָפטמאָל האָט דעריבער די אָרנאַמענטיק פאַרנומען ביי אים מער אָרט, ווי דער תוך, ווי דער עיקר. ער האָט ליב געהאַט די שלייערן, ער האָט זיי געהאַלטן אין איין אַראָפּוואַרפן פון זיך און זיך ווייטער געהילט אין זיי. ער האָט זיך אָפט פאַרשפּילט אויף די וועגן־שטעגן און נישט באַוויזן צו דערגיין צום צוועק, צום סוף פון דער געשיכטע.

און אַזוי קלעטערנדיק איבער הויכן און נידערנדיק אין טיפענישן איז ער אַמאָל געקומען נעענטער צום אייגענעם תוך און אָפט זיך ווידער דערווייטערט, און דאַן גענומען זיך אַליין זוכן, און נישט געקאָנט זיך געפינען, האָט ער זיך ווידער געדרייט און פאַרדרייט.

אין די ווייטערדיקע ווערק ווערט דער נסתר אַלץ מער אַריינגעצויגן אין אַ מאָטיוון־ און געדאַנקען־געווירבל. אָפטמאָל איז ער געווען דער אויבערהאַר איבער זיי, און אַמאָל גאָר אַליין געפירט געווען פון זיי. ווי אַ שפּענדל איבער כוואַליעס. אָט טויכט ער אויף, שווימט מיטן אייגענעם ווילן און אָט טוט זיך אַ געדריי און ער איז שוין אינמיטן, אַ באַהערשטער, אַ באַזיגטער.

דער נסתר האָט זיך דערנאָך אַוועקגעלאָזט אין פאַנטאַסטישע וועלטן, וואו עס הערשן נישט־דאָאיקע געשטאַלטן, יענוועלטיקע פּאַרשוינען, וואָס טראָגן זיך ווי אין אַן עולם־התוהו מיט אַנדערוועלטיקע פאַרלאַנגען און השגות.

און אויך אין דעם איז געווען אַן ענלעכקייט צווישן דעם נסתר און פּרצן. ווי פּרץ האָט אויך נסתר אָפט אויפגענומען און אַרויסגעבראַכט די וועלט דורך וויזיעס, זעאונגען און פּאַרשוינען פון אַן אַנדער וועלט, פון אַ יענער וועלט. ביי פּרצן איז אָבער יענע וועלט געווען דירעקטער המשך פון דער וועלט, עס איז געווען אַ שטענדיקער הין־און־צוריק גאַנג, עס זיינען געווען באַציאונגען, צוזאַמענשטויסן און קאָנפליקטן פון די היגע מענטשן און יענוועלטיקע פּאַרשוינען. עס איז געווען ביי פּרצן אַ קלאָרע כוונה אונטערצושטרייכן עוולות ↰ 9 און ווידערשפּרוכן פון דער וועלט. ביי נסתר איז די מעשה גופא אַ זאַך פאַר זיך, און די כוונה, דער מוסר־השכל איז אָפּגערוקט ערגעץ־וואו ווייט און קוקט אויס ווי צו זיין גאָר איבעריק. האָט ער טאַקע זיינס אַ בוך (דערשינען אין 1910) אָנגערופן מיטן נאָמען „העכער פון דער ערד”, — ווייל העכער פון דער ערד איז אויך דאָ אַן אויסטערלישע וועלט מיט ברואים, וואָס עס לוינט זיך וועגן זיי צו דערציילן, — צי עס האָט יאָ אָדער נישט אַ שייכות מיט אונדזער לעבן און מיט אונדזער ווירקלעכקייט. און ווי דער סיפּור־המעשה אַזוי אויך איז די שפּראַך ביי נסתרן געוואָרן אַ נישט־ערדישע, אַ העכער־ערדישע, אַ הויך־שוועבנדיקע.

האָט טאַקע דער נסתר אָפט פאַרלוירן דעם באָדן אונטער די פיס, גענומען פאַרזען די ווירקלעכקייט, פאַרלאָזן דעם מענטש און אַלדאָס מענטשלעכע און אַלץ־ווייטער אַוועק אין אַ וועלט פון רמזים, אָנצוהערענישן, געהיימנישן און זוכענישן און טרעפענישן. האָט ער זיך געשאַפן אַן אייגן וועלטל מיט אייגענע פּאַרשוינען, — שרעטעלעך און ברואימלעך, גייערס און זוכערס, מיט אייגענע תנועות און אייגענע פאַרלאַנגען, און ער גופא איז מיטגעצויגן געוואָרן מיט זייער גיין און מיט זייער דראַנג, מיט זייער פאַרנומענקייט און זייערע שפּרוכן.

דעם נסתרס נישט־ערדישע און נישט־דאָאיקע פּאַרשוינען האָבן זיך געהאַט זייער אייגענע וועלט מיט זייערע אייגענע פירעכצן און מיט זייערע אייגענע איבערלעבענישן. זיי קאָנען קיין רו נישט געפינען. זיי זיינען געבענטשט אָדער פאַרשאָלטן נע־ונד צו זיין, זיי זיינען געטריבן פון עפּעס אַ דראַנג אויסצוזיין מרחקים און צו גיין און צו דערגיין און צו גרייכן און צו דערגרייכן עפּעס אַן אוצר, אָדער עפּעס אַן אמת. זיי האָבן אויסצושטיין שווערע נסיונות אויפן וועג צו דערפילן זייער שליחות. אָבער וואָס אַזוינס איז אָט דער אמת, וואָס איז עס פאַר אַן ענד־ציל — דאָס איז נישט קלאָר געווען, און אפשר האָט דער נסתר גופא זיינע אַלע אַמאָליקע יאָרן געוואָלט דערגיין און אַנטפּלעקן אַן אמת און נישט געקאָנט פאַר זיך אַליין קלאָר מאַכן וואָס דער אמת איז. מיט דער צייט איז אפשר דאָס זוכן אַליין געוואָרן פאַר אים אַ ציל. דאָס שטרעבן צום עיקר, צום תוך איז געוואָרן ביי אים וויכטיקער ווי דאָס דערגרייכן גופא. דער משל, דער ביישפּיל, די אַלעגאָריע האָבן זיך געצויגן לאַנג און ברייט, און צום משל איז צוגעקומען נאָך אַ משל, און עס איז געווען אַ מעשה אין אַ מעשה, און אַ מעשה וואָס איז אַרויסגעוואַקסן פון דער מעשה, און דער נמשל, דער מיין, דער מוסר־השכל איז אַלץ־מער דערווייטערט געוואָרן, געוואָרן נישט־וויכטיק, געוואָרן אָפט אַפילו איבעריק. און אַזוי איז דער נסתר אַלץ מער אַוועק פון דעם רעאַלן און ווירקלעכן לעבן.

אין איינער פון זיינע מעשיות („נע ונד”) איז דאָ אַזאַ ווענדונג צו זיינע געשטאַלטן, די גייערס, די וואָגלערס, וואָס איז גלייכצייטיק אַ כאַראַקטעריסטיק פון זיי:

↤ 10

איר וואָגלערס אָן סטעזשקעס, איר שאָף איר צעשפּרייטע,
יתומים אָן היימען, פון לעבן פאַרזייטע,
איר קינדער פון אומרו, פון נעכט און פון בענקען,
פון אייביק וואָגלען, פון קלערן און דענקען,
פון אומגיין און טראַכטן פון אייביקן לעבן,
פון אייביקן גיין, פון אייביקן שטרעבן...

אין די מעשיות און געשיכטעס האָט דער נסתר נישט איין מאָל זיך פאַרמאָסטן צו זוכן באַשייד אויף וועלט־פּראָבלעמען און אויף אַן אייגנאַרטיקן אופן געשטעלט זיינע געשטאַלטן פאַר די גרויסע פראַגן און רעטענישן פון באַשאַף, פון זיין, פון לעבן און טויט. עס איז דאָ און דאָרטן אויסגעדריקט אומרו און פּראָטעסט, וויי און צאָרן פאַר אומרעכט, פאַר פּלאָג, פאַר פּיין.

* *
*

אַן אינטערעסאַנטן קער אין זיין שאַפן האָט דער נסתר געמאַכט מיט זיינע קינדער־מעשיות, וואָס ער האָט אויפגעזאַמלט אין זיין בוך „מעשהלעך אין פערזן” (פאַרעפנטלעכט אין 1918־1919). עס זיינען געווען וואונדערלעכע און טיף־אייגנאַרטיקע תמימותדיקע קינדער־מעשיות, וואָס פאַרמאָגן אַלע חנען און מעלות פון פאָלקס־שאַפן. נסתר האָט צוערשט אַריינגעבראַכט אין דער יידישער ליטעראַטור אין אַ מייסטערישער פאָרם דעם וועלטלעכן עפּאָס. זיינע מעשהלעך אין פערזן זיינען אַזוי נישט־ענלעך געווען אויף דער טראַדיציאָנעלער רעליגיעזער יידישער פאָלקס־מעשה, וואָס קומט פון די מוסר־ספרים, וואָס איז אַ פּראָדוקט פונעם קאָנווענציאָנעלן לעבן, און איז איבערגעפלאָכטן מיט גאָטס־פאָרכטיקייט, מיט נסים און נפלאות, מיט צדיקים און רשעים, מיט גן־עדן און גיהנום, מיט יצר־טוב און יצר־הרע, און מיט די אַלע יידישלעכע העלדן, וואָס די פרומע יידישע וועלט האָט געוואַרעמט און אויסגעוואַרעמט אין זיך אין איר אָפּגעבאַזונדערט־מיטלאַלטערלעך־יידיש לעבן. דער נסתר האָט געבראַכט די וועלטלעכע פאָלקס־מעשה, וואָס האָט נישט צו טאָן מיט די קאַנאָניזירטע מעשה־מאָטיוון פונעם גוט־באַקאַנטן רעליגיעזן כאַראַקטער. זיינע מעשהלעך ציען זייער יניקה פון דער קינדערשער פאַנטאַזיע, פון דעם עפּאָס, וואָס האָט צו טאָן מיט חיות און עופות. נישטאָ ביי אים קיין רב און קיין צדיק, נישטאָ קיין די וועלט און יענע. די נעמען פון די מעשהלעך אַליין גיבן אונדז אַ באַגריף וועגן דעם כאַראַקטער פון זיינע געשיכטעס: אַ מעשה מיט אַ בער, אַ חורבה, דאָס קעצל, ווינטער, דאָס ציגעלע, דאָס הינטל, אַ מעשה מיט אַ האָז, שרעטעלעך, מיזעלע־מייזעלע, דער שניי־באָק, ביים טייך פּרת, אַ מעשה מיט אַ האָן. די מעשה, די האַנדלונג וועבט זיך פון אייגענער קינדישער פאַנטאַזיע.

↤ 11

אָט ווי נסתר הייבט אָן איינע אַ מעשה זיינע:

האָזל, האָזל, גיי אַרויס,
כ׳וויל זיך מיט דיר טיילן,
וואָס די קינדער וועגן דיר,
טוען זיך דערציילן.

אָדער:

כ'האָב אַליין געזען אַ קעצל,
אין אַ וועג ווי ס׳איז געגאַנגען,
און אַ בינטל עפּעס זאַכן
דעם אויף העלדזל איז געהאַנגען.

אין די מעשהלעך פילט זיך דער לעבעדיקער אָטעם פון קינד, וואָס איז אַ מיט־שותף צום שאַפן. האָט דעריבער די נסתרישע קינדער־מעשהלע איינגעהיט, סיי אין בילד און סיי אין דעם אופן פון דערציילן, קינדערישע תמימות, גוטמוטיקייט און נאָענטקייט מיט די חיות. און הגם עס פעלט זיינע מעשיות דער ספּעציפישער יידישער אינהאַלט, אָבער די פאָרם, דער סטיל איז דאָך אמת־יידיש, טיף־יידישלעך, זיי זיינען אין דער פאַנטאַזיע פון אָט דעם עכט־יידישן קינסטלער פאַריידישט געוואָרן. עס איז דאָס פרומע, ווייסע יידיש־ ציגעלע, וואָס אַ צווייטער טיף־אייגנאַרטיקער יידישער קינסטלער, מאַרק שאַגאַל, האָט אַזוי עכט־דיכטעריש פאַראייביקט אין זיינע בילדער, וואָס פאַרמאָגן אויך אין זיך אַזוי פיל קינדערישע נאַאיוויטעט און זיינען אויך אַזוי עכט־פאָלקסטימלעך.

אין די ווייטערדיקע יאָרן האָט דער נסתר אַרויסגעגעבן אַ ריי אָריגינעלע און איבערגעזעצטע ביכער. אין די יאָרן 1918־1920 זעצט ער איבער מייסטעריש אַנדערסענס מעשהלעך און גיט זיי צו אַלע חנען פון זיין באַצויבערנדיקער שפּראַך. אין 1921 דרוקט ער אַ זאַמלונג געשיכטן אונטערן נאָמען „מאָטיוון”. אין 1922 פאַרעפנטלעכט ער אַ נייע סעריע מעשיות אין צוויי בענד אונטערן נאָמען „געדאַכט” (בערלין). אין סאָוועטן־פאַרבאַנד האָט דער נסתר די מעגלעכקייט זיך פאַרנעמען מיט ברייטער קולטור־שאַפערישער און קינסטלערישע אַרבעט. ס׳דערשיינט אַ ביכל מיט נייע פאַבעלן, ער גיט אַרויס אין 1934 אַ בוך פאַרצייכענישן „הויפּשטעט” — אַ נייער זשאַנר אין דעם נסתרס שאַפן. אין דעם־אָ בוך פירט דער נסתר אין אַ מייסטערישער פאָרם אַדורך די הויפּט־שטעט כאַרקאָוו, לענינגראַד און מאָסקווע, זיי און זייערע איבערוואַנדלונגען זינט דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע. די רעדאַקציע פונעם בוך שרייבט אינעם קורצן פאָרוואָרט, אַז „דאָס דאָזיקע בוך איז דער ערשטער, דערווייל, פּרואוו אין דער יידישער ליטעראַטור צו געבן אין אַ פאָרמע פון פאַרצייכענישן ↰ 12 די סאָציאַליסטישע רעקאָנסטרוקציע פון אייניקע גרויסע שטעט ביי אונדז אין לאַנד.” און אָנווייזנדיק אויף אייניקע פעלערן, גיט די רעדאַקציע צו, אַז „מען קאָן שוין זיכער זאָגן, אַז אָט די „פאַרצייכענונגען” זיינען געוויס אַ וויכטיקער טריט פאָרויס אין נסתרס שעפערישן איבערבוי.”

* *
*

דער נסתר, ווי באַקאַנט, האָט באַלאַנגט צו דער אַזוי־גערופענער קיעווער גרופּע יידישע שרייבער. זיין נאָמען איז ענג פאַרבונדן געווען אין לויף פון יאָרן מיט דוד בערגעלסאָן. דער נסתר האָט זיך זינט 1910 באַטייליקט אין די אַלע אויסגאַבעס, וואָס זיינען פאַרעפנטלעכט געוואָרן אין קיעוו. איצט, נאָך אַ דריי צענדליק יאָר, ווילט זיך פאַר זיך אַליין קלאָר מאַכן, וואָס אַזוינס האָט פאַרבונדן די עטלעכע שרייבער, וואָס האָבן אַ לענגערע צייט געלעבט און געשאַפן צוזאַמען זייערע ווערק, און בעיקר — וואָס פאַר געמיינזאַמע שטריכן און טענדענצן עס זיינען געווען צווישן די צוויי באַדייטנדיקע קינסטלער פון דער קיעווער גרופּע — דער נסתר און דוד בערגעלסאָן?

עס זיינען נישטאָ אפשר קיין מער־קעגנזעצלעכע נאַטורן און קינסטלערישע פּערזענלעכקייטן ווי דוד בערגעלסאָן און דער נסתר, און דאָך האָבן זיי אַ שטיק שאַפונגס־וועג אַדורכגעמאַכט ווי אינאיינעם. איך קען דעם נסתר פון יאָר 1910, און יאָרן און יאָרן האָב איך געהאַט די מעגלעכקייט נאָכצופאָלגן זיין לעבן און שאַפן. און נאָך מער איז פאַר מיר אָפן און אַנטפּלעקט געווען דוד בערגעלסאָנס שאַפונגס־וועלט. איך בין געווען אַן עדות און אַ מיטגייער פון זיי ביידן און צייטנווייז אויך געווען ווי אַ „מיטשאַפער” פון זייערע ווערק, וואָס זיי האָבן פאַרעפנטלעכט אין לויף פון יאָרן. פרעג איך זיך — וואָס האָט זיי פאַרבונדן? עס איז קלאָר, אַז דאָס געמיינזאַמע, דער צד־השווה ביי זיי איז געווען פריער פון אַלץ די אומצופרידנקייט, וואָס עס איז געווען ביי זיי ביידן (און ביי אונדזער גאַנצער קיעווער גרופּע!) צו דער „אָפיציעלער” יידישער ליטעראַטור, וואָס האָט זיך פּראָדוצירט דאַן אין דער טומלדיקער יידישער וואַרשע. זיי ביידע, בערגעלסאָן און נסתר, זיינען געקומען, יעדער איינער אויף זיין אופן און שטייגער, מיט רייכע אוצרות פון יידישע טראַדיציעס, שטייגערישע און גייסטיקע, זיי ביידע זיינען געווען אונטער דעם שטאַרקן איינדרוק פון דער פּראָבלעמען־רייכער און טיף־אייגנאַרטיקער רוסישער ליטעראַטור און זיי זיינען אויך געווען נאָענט באַהאַפטן מיט דעם אומרו און מיט דער שפע פון ספקות און בענקעניש, וואָס עס האָט געיוירט ביי די אינטעלעקטועל־פאַרטיפטע העברייאישע שרייבער, ווי מ. י. בערדיטשעווסקי, י. ח. ברענער, א. נ. גנעסין. אָט די ביידע אוקראַיניש־וואָלינישע דיכטער, בערגעלסאָן און דער נסתר, געקומען פון טראַדיציאָנעלע היימען, זיינען אויפגעוואַקסן אין אַ צייט און אין אַ סביבה, וואָס האָט געהאַלטן אין איין ברויזן, ↰ 13 עס איז געווען ערב און בעת און גלייך נאָך דער רוסלענדישער רעוואָלוציע פון 1905־1906, וואָס איז געווען רייך מיט פריידיק־גליקלעכע און מוראדיק־גרויזאַמע געשעענישן. די ראַשיקע פּראָצעסן אינעם לעבן האָבן דעם עמפינדלעכן מענטש און דיכטער גערייצט און אינטריגירט און עס איז געווען דער שטאַרקער ווילן צו געבן אַן אויסדרוק פון אַלדי פּאַסירונגען אין לעבן, אויפצוכאַפּן די שעמערירנדיקע ליכט און שווערע שאָטנס פון דער ווירקלעכקייט. עס איז קלאָר, אַז אָט די ביידע שטאַרק־אויסגעשפּראָכענע קינסטלער זיינען אָפּגעגאַנגען ווי אינאיינעם פון איין היים און סביבה, זיי זיינען אָפּגעגאַנגען אינאיינעם, אָבער גלייך זיך געלאָזט אויף אַנדערע שאַפונגס־וועגן, פאַרשיידנאַרטיקע און אַנדערשדיקע. דוד בערגעלסאָן איז פון זיינע ערשטע שאַפונגען געווען רעאַליסט, דער מענטש מיט אָפענע אויגן און וואַכן געהער, און דער נסתר, פאַרקערט — דער סימבאָליסט, דער וויזיאָנער, דער פאַנטאַסט. דוד גערגעלסאָן, וואָלט איך איצט געזאָגט, איז געווען דער שרייבער מער פון בייטאָג (הגם ער האָט דאַן געמאָלט מער דעם בין־השמשות!), און דער נסתר — פון נאַכט. בערגעלסאָן האָט געהאַט פאַר זיך אַ דורכאויס־רעאַלע וועלט, און דער נסתר — אַן איררעאַלע. דער ערשטער האָט אַרויסגעבראַכט ווירקלעכע געשטאַלטן, דער צווייטער — נישט־דאָאיקע.

אין דעם קיעווער „יידישן אַלמאַנאַך” (1910), — וואו מיר אַלע האָבן געמאַכט כמעט אונדזערע ערשטע ליטעראַרישע שריט, — האָט דוד בערגעלסאָן פאַרעפנטלעכט זיין שטאַרק־רעאַליסטישן „דער טויבער” און דער נסתר — זיין טיף־לירישן „פרילינג”. און אַזוי ווייטער, אין די אַלע איבעריקע אויסגאַבעס, וואָס מיר האָבן אַרויסגעגעבן אָן דער זייט פון דער אָפיציעלער ליטעראַרישער וועלט. דוד בערגעלסאָן איז גלייך, מיט זיינע ערשטע ווערק, אַריין מיט פעסטע טריט אין דער יידישער ליטעראַטור, דער נסתר איז אַלץ געבליבן אַ נסתר, אַ פרעמדער, אַ פאַררוקטער אָן אַ זייט.

און דאָס כאַראַקטעריסטישע און אייגנטימלעכע פון זייערע קינסטלערישע נאַטורן איז געווען דער אופן פון זייער שאַפן, פון זייער שרייבן. דוד בערגעלסאָן האָט געלעבט אָפן, פראַנק און פריי מיט זיינע געשטאַלטן, וואָס ער האָט געשעפּט פון אַרום. בעת דעם שרייבן האָט ער פאַרבראַכט צווישן זיי ווי צווישן לעבעדיקע, זיך געטיילט מיט יעדער פּאַסירונג און יעדער ענדערונג אין זייער לעבן. גאָר אַנדערש איז געווען דער נסתר. ער האָט תמיד זיך פאַרבאַהאַלטן מיט זיינע פּאַרשוינען, ער האָט זיך פאַרשלאָסן בחדרי־חדרים און דאָרט, אין דער שטיל און אין געהיים, אַרויסגערופן זיין געשילדערטע וועלט, וואָס איז געווען פול מיט סודות און וואונדערנישן. בערגעלסאָן איז געווען שטענדיק פאַרבונדן מיט דער צייט, מיטן אָרט, מיט דער אַרומיקער אַטמאָספער, און דער נסתר איז געווען אויסער צייט און רוים. בערגעלסאָנס שרייבערישער טיש איז געווען אַ מין אָפענע קינסטלערישע לאַבאָראַטאָריע, אויפן ↰ 14 טיש — מאַנוסקריפּטן, אָנגעהייבענע פאַרשריבענע זייטלעך, טינט און פעדער, שטיקלעך אויסגעלאָשענע פּאַפּיראָסן. און ווען מען איז אַריינגעקומען צו אים, האָט מען געטראָפן נישט נאָר אים, דעם קינסטלער, ביי דער אַרבעט, נאָר דאָס צימער איז ווי פול געווען מיט די פּאַרשוינען, וואָס ער האָט אַרויסגעבראַכט אויפן פּאַפּיר. מען האָט גערעדט וועגן די געשטאַלטן און די סיטואַציעס אין זייער לעבן ווי וועגן לעבעדיקע, רעאַלע, און נאָענט־באַקאַנטע.

גאָר אַנדערש איז געווען דער נסתר ביי זיין שאַפן. מען האָט אים קיינמאָל נישט געטראָפן ביי דער שרייבערישער אַרבעט. ער פלעגט דאַן נעלם ווערן, זיך אויסבאַהאַלטן, און מען האָט שוין געוואוסט, אַז דער נסתר האַלט „ביים האָבן”. ער האָט קיינמאָל נישט גערעדט וועגן אַ זאַך וואָס ער האָט געהאַלטן אין שרייבן. אַלץ איז געווען איינגעהילט אין טיפער געהיימניש. ער האָט דאַן געפּראַוועט התבודדות, און אַפילו זיינע שטוב־מענטשן האָבן נישט געהאַט קיין אַריינטריט אין זיין שאַפונגס־צימער. עס איז קיינמאָל אויף זיין פּשוט, הילצערן טישל קיין זכר נישט געווען פון קיין שרייב־געצייג. די נאָענטע פריינט האָבן געוואוסט, אַז זיינע כתבים, זיין טינט און פעדער, ליגן פאַרשלאָסן אונטער דעם פּשוטן שלעסל אינעם שטרויענעם קוישל, וואָס איז פאַררוקט געווען אונטערן בעטל. דאָרט, האָבן מיר געוואוסט, זיינען געלעגן די גרויסע ווייסע בויגן פּאַפּיר, וואָס דער נסתר פלעגט פון זיי דערנאָך שעמעוודיק און ווי אַ נישט־דאָאיקער פאַרלייענען פאַר זיינע נאָענטע פריינט שוין אינגאַנצן אַ פאַרטיקע, פאַרענדיקטע זאַך. און ער האָט עס געלייענט מיט אַ באַזונדערן ריטם און אייגנאַרטיקער באַטאָנונג, ווי דאָס אָנגעשריבענע גופא איז געווען — מיט אַ טיף־אייגענעם ריטם און מיט אַן אייגנאַרטיקן סטיל.

דער שאַפונגס־וועג פון דוד בערגעלסאָן איז געווען שטענדיק אַן אָפענער. און זיינע ווערק זיינען געווען ווי רינגען פון איין שאַפונגס־קייט. זיי זיינען אויסדרוקן פון די לעבנס־פּראָצעסן במשך פון דער צייט און אויך קינסטלערישער אָנוואוקס, און יעדער נייער שאַפערישער שריט איז ממילא פאַרבונדן געווען מיטן פריערדיקן.

גאָר אַנדערש איז דער נסתר אין זיינע שאַפונגען. עס איז נישטאָ, און יעדנפאַלס — עס איז נישט אַזוי גרינג, צוליב זייער אַבסטראַקטקייט, צו באַווייזן די פאַרבינדונג פון איין ווערק מיטן צווייטן, און עס איז שווער אָנצואווייזן אויף דער „נאָכפאָלגערשאַפט” אויף דעם דירעקטן המשך אין זיינע פאַרשיידנאַרטיקע שאַפונגען.

דעריבער איז נישט אַזוי גרינג אַריינצופּאַסן זיין ניי־דערשינענעם בוך אין דעם שאַפערישן גאַנג פון זיינע אַלע פריערדיקע ווערק.

* *
*

און דעריבער איז „משפּחה מאַשבער”, וואָס איז דערשינען אין מאָסקווע אין 1939, געווען אַן אמתע איבערראַשונג פאַר די אַלע, וואָס קאָנען גוט דעם ↰ 15 קינסטלער. מ. דובילעט אין זיין אינטערעסאַנטן אַרטיקל איבער נסתרס „משפּחה מאַשבער” („סאָוועטישע ליטעראַטור”, קיעוו, מאַי, 1940) ברענגט אַן אויסצוג פון י. נוסינאָווס פאָרוואָרטס צו נסתרס אַ זאַמלונג פון סימבאָלישע מעשיות (דערשינען אין יאָר 1929). „נסתר — האָט י. נוסינאָוו געשריבן — איז ניט אימשטאַנד און וועט ניט קאָנען, (ס׳איז) פולשטענדיק ניט אין זיין קינסטלערישער נאַטור, צו קומען צו רעאַליסטישן שאַפן. זיין וועג פון באַגרייפן אונדזער ווירקלעכקייט גלייכט דער וועג פון סימבאָלישער אויסטייטשונג, פון אינטערפּרעטירן זי דורך סימבאָליסטישע בילדער.” און מ. דוגילעט גיט צו: „דער דאָזיקער פּראָגנאָז האָט זיך ניט באַרעכטיקט. דער נסתר האָט באַוויזן, אַז „זיין וועג פון באַגרייפן אונדזער ווירקלעכקייט” גלייכט ניט „דער וועג פון „סימבאָליסטישער אויסטייטשונג”; דער „נסתר” (דער פאַרבאָרגענער) איז געוואָרן אַ „נגלה” (אַן אַנטפּלעקטער).”

עס איז ממש נישט צום גלייכן, ווען מען הייבט אָן לייענען דאָס בוך, אַז דאָס איז געשריבן פון דעם נסתר, וואָס איז געווען די גאַנצע צייט אַזוי אומגעצוימט אין זיינע זעאונגען, וואָס איז געווען שטענדיק אַזוי ווייט פונעם רעאַלן, קאָנקרעטן לעבן. די שטוינונג און פאַרגאַפונג וואַקסט און שטייגט וואָס־מער מיר ווערן אַריינגעצויגן אין דער האַנדלונג, וואָס ווערט פאַנאַנדערגעוויקלט מיט אַזאַ פּלאַנמעסיקייט און רעאַלקייט, אויסגערעכנטקייט און געזעצמעסיקייט.

אין דעם „פאָרוואָרט” צום בוך זאָגט דער נסתר: „כ׳האָב, שרייבנדיק דאָס בוך, זיך געהאַלטן ביי יענעם מעטאָד פון קינסטלערישן רעאַליזם, וואָס באַטייט דאָס זעלבע, וואָס געטעס באַוואוסטער געבאָט: „מאָל, מאָלער, און שווייג!” — מיט דער זיכערקייט, אַז דאָס געדאַרפטע, דאָס פאַר אונדז געוואונטשענע וועט קומען במילא, אַליין פונעם עצם געטרייען מאָלן, ד. ה., פון דער אינערלעכער לאָגיק פון די גורלות פון אַזוינע פּאַרשוינען....”

און ביי אָט דעם מעטאָד האַלט זיך דער נסתר ביים אַרויסברענגען די שטאָט באַרדיטשעוו, וואָס הייסט ביי אים N.

עס איז אַ באַזונדערע און זייער אַן אינטערעסאַנטע טעמע, ווי די שטאָט באַרדיטשעוו איז געשילדערט דורך פאַרשיידענע יידישע שרייבער אין זייערע ווערק, — מענדעלע מוכר ספרים (אין זיין „די טאַקסע”), שלום עליכם (אין אַ ריי דערציילונגען: „באַרדיטשעווער טראַמוואַי”, „באַרדיטשעווער האָטעלן”, „באַרדיטשעווער טריאַטער”) און אַנדערע. אין יענע ווערק איז מער אונטערשטראָכן דאָס נעגאַטיווע, דאָס סאָציאַל־אומגערעכטע, דאָס ווידערשפּרעכנדיקע, וואָס וואַרפט זיך גלייך אין די אויגן. דער נסתר גייט־צו צו באַרדיטשעוו פון אַ געשיכטלעכער פּערספּעקטיוו מיט טיפע צוריקבליקן און ווייטע אויסבליקן. ער ברענגט אַרויס די שטאָט אין פאַרבינדונג מיט פאַרשיידענע היסטאָרישע, עקאָנאָמישע און גייסטיקע פּראָצעסן. הינטער יעדן פּאַרשוין, הינטער יעדן ↰ 16 עפּיזאָד, הינטער יעדער אינסטיטוציע ליגן וויכטיקע ווירקזאַמע כוחות און פאַקטאָרן.

די שטאָט אַליין איז ביי דעם נסתר אַ שטיק לעבעדיק באַשעפעניש, אַן אויסטערלישס, אַ מערקווירדיקס, אַ פיל־פּנימדיקס. און טאַקע אַזוי שילדערט ער זי, די שטאָט, מיט אירע שטריכן און קאָלירן אין פאַרשיידענע צושטאַנדן און סיטואַציעס. און יעדע טייל שטאָט ווערט אַרויסגעבראַכט אויספירלעך, מיט אַלע פּישטשעווקעס. די אַלע פּרטים דערגאַנצן דאָס אַלגעמיינע בילד. מיר האָבן דאָ פּראַכטפולע שטייגערישע שטריכן, טרעפלעכע עטנאָגראַפישע איינצלהייטן, וואָס האָבן אַ וויכטיקן געשיכטלעכן ווערט. עס ווערן דערביי אויך אַרויסגעבראַכט די סאָציאַל־עקאָנאָמישע פונקציעס און פאַרהעלטענישן פון אָרעם און רייך, באַלעבאָס און משרת, פּריץ און פּויער, ייד און גוי, עלטערן און קינדער. דער נסתר האַלט זיך שטרענג ביי די ריכטליניעס, וואָס ער האָט אַליין אָנגעצייכנט פאַר זיך אין זיין פאָרוואָרט: „שילדערנדיק אָט די פּאַרשוינען, שוין פיזיש און גייסטיק פאַרענדיקטע, האָב איך זיך באַמיט ניט גלאַט צו „קעמפן” קעגן זיי, ניט אויסצושרייען פאָראויס אויף זייער פאַראורטיילטקייט, נאָר זיי געלאָזט אַליין שטיל און פּאַמעלעך גיין צו זייער אָנגעצייכנטער באַשערטקייט, צו זייער געשיכטלעך־נויטווענדיקן לעצטן גאַנג — צום אָפּגרונט.” ווייל, ווי נסתר זאָגט, האָט ער עס געטאָן „צוליב געשיכטלעכער דערקענטעניש”, און נישט סתם אַ געשיכטלעכע עקסקורסיע איז עס, נאָר עס איז אַ טיף, אינטערעסאַנט און קינסטלעריש־מייסטעריש ווערק.

דער נסתר איז צוגעגאַנגען צו דער וועלט, וואָס ער שילדערט, מיט דרך־ארץ און פאַרערונג. „כ׳האָב זיי געגעבן, זאָגט נסתר, מיט זייער גאַנצן אָרעם ביסל פאַרמעגן, ניט פאַרמינערט גאָרניט פון זייערע אייגנשאַפטן.” דאָס ווערק איז דערביי געגעבן מיט אַן אויסבליק אויף ווייטער, אויף דעם קומענדיקן. „דער עיקר ציל פון מיין אַרבעט אָבער — שטרייכט אונטער דער נסתר — איז געווען ניט נאָר צו פאַרענדיקן מיט אַן אַלטן דור, וואָס האָט געשמעקט איבערן האַלדז אין מיטלאַלטערלעכע לעבנס־פאַרהעלטענישן, נאָר דער עיקר־ציל פון בוך איז ווייזן יענע פאַרבאָרגענע כוחות, וואָס זיינען דאַן געלעגן טיף דערנידעריקט אין „דריטן רינג” און וואָס זיינען אַזוי טראַגיש אומגעקומען אונטערן לאַסט פון יענעם לעבנס־יאָך.”

דאָס ווערק, דער ערשטער טייל, האָט בלויז צוועלף קאַפּיטלען, און עס ווערט אין דעם דערציילט וועגן פּאַסירונגען, וואָס דויערן בלויז אַ דריי חדשים. און הגם עס פעלט אפשר אויסערלעכע „אַקציע”, לייענט זיך דאָס ווערק מיט גרויס שפּאַנונג. עס איז דאָ אַן אינעווייניקסטע האַנדלונג, אין דעם אופן, ווי דער נסתר ברענגט אַרויס גאַסן, שיכטן, שולן, משפּחות, פּאַסירונגען און סיטואַציעס.

ווען מען זאָל וועלן רעדן וועגן ענלעכקייט מיט אַנדערע גרויסע קינסטלער, ↰ 17 וואָלט מען באַדאַרפט דערמאָנען דעם נאָמען פ. דאָסטאָיעווסקי. אַזאַ געדיכטעניש פון שילדערונג, אַזאַ אינעווייניקסטע פאַרנומענקייט פון די העלדן, אַזאַ שטענדיקע פאַראַנטווואָרטונג, אַזאַ גייסטיקע איבערגעלאָדנקייט און אַזאַ גיין און געטריבן ווערן פון עפּעס אַ גרויסער, אָפט־געהיימער שליחות. און עס איז אויך דאָ אין בוך אַ גייסטיק־קראַנקער, וואָס מיט זיין גאַנצער דערדריקטקייט איז ער ערגעץ־וואו אַ העלזעער. און אויך די נאָענטקייט און איבערגעגעבנקייט פון פאַרשיידענע געשטאַלטן, פון פאַרשיידענע נאַטורן, וואָס דערגייט אָפט ביז מסירת־נפש, ביז אויפגעלייזטקייט, ווי מיר טרעפן עס ביים געניאַלן רוסישן קינסטלער. אַוודאי איז דאָ אַ ווייטער מהלך פון דאָסטאָיעווסקיס געשילדערטער וועלט, פון זיינע ברידער קאָראָמאַזאָוו מיט די ברידער מאַשבער, אָבער עפּעס אַ גרונט־טאָן, אַ לייט־מאָטיוו שפּירט מען אין דער „משפּחה מאַשבער”, וואָס דערמאָנט אָן די דאָסטאָיעווסקישע טענער און מאָטיוון און טאַקע פון דעם ווערק „ברידער קאָראָמאַזאָוו”. ווי דאָרט אַזוי אויך ביי דעם נסתר האָבן מיר אַ ברודער וואָס איז „צו גאָט” (לוזי), אַ ברודער „צו לייט” (משה) און אויך אַ ברודער, וואָס איז גייסטיק־פיזיש קראַנק, אָבער פון אים דאַרף, ווייזט אויס, דערנאָך אויפגיין אַ שיין (אַלטער). אויך אַזוי טיף און אייגנאַרטיק ווי דאָסטאָיעווסקי נעמט־אויף דעם עכט־רוסישן פּעטערבורג, די פּעטערבורגער טעג און נעכט, דעם פּעטערבורגער אַראָמאַט, אַזוי אויך, מיט אַזאַ פאַרטיפטקייט, ברענגט דער נסתר אַרויס דעם עכט־יידישן באַרדיטשעוו, זיינע טעג און נעכט, זיין כאַראַקטער און סטיל.

„משפּחה מאַשבער” איז איינס פון די טיפסטע, גייסטרייכסטע און דערביי — יידישסטע ווערק אין דער יידישער ליטעראַטור. ווי אין דעטאַלן, אַזוי אויך אינעם גאַנצן. מיט וואָס פאַר אַ אינטערעסאַנטע שטריכן און פאַרבן דער נסתר ברענגט אַרויס, אינעם ערשטן קאַפּיטל, די אַלע באַזונדערע יידישע שולן פון דער שטאָט באַרדיטשעוו — די אָפענע שול, די היציקע, די קאַלטע, די אַלטע, און די אַלע באַלמעלאָכישע און חסידישע שולכלעך מיט זייערע דאַוונער, לערנער, מיט זייערע ליכט און שאָטן. דערביי מאָלט ער די פאַרשיידענע שיכטן פון דער יידישער באַפעלקערונג אין די 70ער יאָרן פונעם 19טן יאָרהונדערט.

און ווי אינטערעסאַנט און פאַרטיפט דער נסתר מאָל די בראַסלאַווער חסידים! ער פירט אַרויס מערקווירדיקע געשטאַלטן פון די בראַסלאַווער, שטעלט זיך אָפּ אויף פאַרשיידענע סצענעס פון זייער לעבן.

דאָס איז אַ נייס אין דער יידישער ליטעראַטור. ווי באַוואוסט, האָט פּרץ געשענקט פיל אויפמערקזאַמקייט דעם בראַסלאַווער, ער האָט אין פאַרשיידענע אופנים באַמיט זיך צו געבן דעם תמצית, די פילאָסאָפיע, די נשמה פון אָט־דעם דיכטער־רבין. אויך אַנדערע, מ. י. בערדיטשעווסקי, יהודה שטיינבערג, האָבן אַרויסגעבראַכט איינציקע געשטאַלטן פון חסידים־פאָלקס־מענטשן. שלום ↰ 18 אַש, י. אָפּאַטאָשו,י. י. זינגער האָבן (אין תהילים־ייד”, אין די „פּוילישע וועלדער”, אין „יאָשע קאַלב”) געגעבן שטיקער לעבנס פון די רביים און חסידים. די סביבה, זייער וועלט, דעם געזאַנג, דעם עקסטאַז, די פאַרשיידענע טיפּן חסידים האָט דער נסתר געגעבן מיט אַזאַ טיפקייט, אַזאַ עכטקייט און מיט אַזאַ פאַרערונג און פאַרשטענדעניש. די קאַפּיטעלעך, וואָס שילדערן די פאַרשיידענע אָרעמעלייט, וואָס לויכטן־אויף אין דער אָרעמער אָבער מערקווירדיקער חסידישער סעקטע, זיינען באמת גאָר אַ נייס אין דער נעאָ־חסידישער יידישער ליטעראַטור. און לאָמיר באַטאָנען, אַז אַזוי האָט אויפגעכאַפּט די אַמאָליקע חסידישע וועלט אַ סאָוועטישער קינסטלער און אַז דאָס ווערק איז דערשינען אין 1939 אין מאָסקווער יידישן מלוכה־פאַרלאַג.

די משפּחה מאַשבער גיט דער נסתר אין פאַרבינדונג מיט דורות און דורות אַפריער. ער פּרואווט אָנצוקניפּן פעדעם מיט דעם שטאַם, וואָס האָט אַדורכגעמאַכט גייסטיקע געשיכטלעכע פּראָצעסן. „זייער (דער משפּחה מאַשבערס — נ. מ.) שטאַם איז אַן אַלטער, נאָך פון די „גולי ספרד” (די אַרויסגעטריבענע פון שפּאַניע), פון רבנים און בעל־שם, און, לסוף, דער עלטערזיידע, דער רב ר׳ יואל (דער פאָטער פון די מאַשבערס), איז זייער יונג פון דער וועלט געגאַנגען, פון תעניתים, און די לעצטע יאָרן פאַר זיין פּטירה איז ער אויך אַ פּרוש געווען....”

דער נסתר באַמיט זיך אָנצושלאָגן שטענדיק אויף די „אונטערערדישע” קוואַלן, וואָס פון זיי ריזלען שטראָמען אין דעם ברייטן לעבנס־טייך.

לוזין (דעם עלטסטן ברודער) שענקט דער נסתר פיל ליבע און פאַרגאַפונג. ער איז דער אומרו, דער זוכער, די רייכע און באַגייסטערטע געשטאַלט, וואָס זוכט שיינקייט און דערהויבונג.

די צווייטע צענטראַלע געשטאַלט — משה מאַשבער, וואָס פירט אַ סוחריש, נגידיש לעבן מיט אַ ברייט־פאַרצווייגטער משפּחה, מיט אַ גרויסער שטוב, מיט טעכטער און איידעמס, מיט אייניקלעך, מיט מחותנים, מיט דינסטן און משרתים, משה מאַשבער — זיין אויפקום און באַנקראָט — איז אַ גלענצענדיקע געשטאַלט אין דער רייכער גאַלעריע פון נגידים־סוחרים, וואָס זיינען אַרויסגעבראַכט אין דער יידישער ליטעראַטור דורך שלום־עליכם, שלום אַש, דוד בערגעלסאָן, י. אָפּאַטאָשו, י. י. זינגער. דעם נסתר, דעם דיכטער און סימבאָליקער, איז געלונגען אַרויסצוברענגען אָט די געשטאַלט אַזוי אמתדיק און רעאַליסטיש און דערביי מיט אַלע פּרטים, מיט אַלע זיינע געשעפטן, מעקלער, משרתים, געלט־טראַנזאַקציעס און בעל־יועצים, מיט זיין וואָך און יום־טוב, מיט זיין געהויבנקייט און דערשלאָגנקייט.

דער נסתר האָט זיך נישט באַגנוגנט בלויז מיט שילדערן דאָס יידישע לעבן פון יענער צייט, די 70ער יאָרן פונעם פאָריקן יאָרהונדערט. ער האָט פאַרשטאַנען, אַז דאָס בילד וואָלט נישט געווען גאַנץ און אויסשעפּנדיק, ווען ער ↰ 19 ברענגט נישט אַרויס אויך די דערבייאיקע נישט־יידישע וועלט. אמת, דאָס דעמאָלטיקע יידישע לעבן איז געווען, צוליב אויסערלעכע און אינעווייניקסטע סיבות, אַ שיין ביסל אָפּגערוקט אָן אַ זייט, אָפּגעבאַזונדערט פון דעם נישט־יידישן לעבן אינעם אַמאָליקן צאַרישן רעכטלאָזן רוסלאַנד. אָבער דאָך זיינען געווען פיל באַריר־פּונקטן. דעם נסתר איז געגאַנגען אין דעם, אַז די צייט און דאָס לעבן פון דער יידישער עדה זאָל אַרויסקומען וואָס־פולער און וואָס־אַלזייטיקער, האָט ער ביי יעדער געלעגנהייט אויך געמאָלט די נישט־יידישע וועלט.

און דעריבער זיינען אונדז באַזונדערס אָנגעלייגט די אַלע שילדערונגען, וואָס דער נסתר גיט אין זיין ווערק פון די נישט־יידן און בעיקר — פון די פּאָליאַקן, וואָס האָבן דאַן געבילדעט אַ פיינע קאָלאָניע אין דער יידישער שטאָט. עס איז נאָך דעם פּוילישן אויפשטאַנד פון 1863, און דער נסתר איבערראַשט אונדז מיט די פּרעכטיקע בילדער און שילדערונגען פון די פאַרשיידענע טיפּן פּאָליאַקן, רייכע און האַלב־פאַרמעגלעכע, וואָס ער ברענגט אַרויס באַזונדערס אינעם 7טן קאַפּיטל „אויף פּרעטשיסטער יאַריד”, זיי זיינען גאָר אַ נייס אין דער יידישער ליטעראַטור, איבערהויפּט די, וואָס האָט צו טאָן מיטן אַמאָליקן יידישן לעבן, וואָס ווייטער פונעם „שבת־גוי” איז מען דאָס רוב נישט געגאַנגען.

דער צווייטער טייל פון „משפּחה מאַשבער” איז נאָך נישט פאַרעפנטלעכט, בלויז קאַפּיטלען פון אים זיינען אָפּגעדרוקט אין יידיש־סאָוועטישע צייטשריפטן. אין דעם צווייטן טייל האָט דער נסתר, ווי ער זאָגט צו אין זיין „פאָרוואָרט”, בדעה צו דערגיין צום ווייטערדיקן דור, וואָס זיינע טריט שפּירט ער שוין אין די 70ער יאָרן. „עס זיינען שוין דאַן געוואַקסן יענע קינדער, וועלכע האָבן שפּעטער געריסן מיט גאָר דעם אַלטן, טראָגנדיק פייער אין די פּאָלעס פאַר אַלעם דורותדיקן שימל, וואָס האָט זיך ביי זיי אָנגעקליבן. ... איז אָט, צו דעם באַהאַלטענעם פייער, וואָס אין די פּאָלעס פון יענעם יונגן דור, איז דער עיקר מיין אויג געווענדט. כ׳וויל זיך צו אָט דעם דור דערקלייבן, קינסטלעריש אים שילדערן און אים אָפּגעבן די ערע, פאַרוואונדערונג און אַכטונג, וואָס גייענדיק מיט אים האַנט אין האַנט, האָב איך אַ לעבנלאַנג געזאַמלט.”

און מיר אַלע, די מיטצייטלער פון דעם נסתר, וואַרטן אומגעדולדיק אויף דעם ווייטערדיקן טייל פון דעם ווערק „משפּחה מאַשבער”, און אויף די ווייטערדיקע געשעענישן פון די שפּעטערדיקע צייטן.

ניו־יאָרק, יולי 1943.

נחמן מייזיל

↤ 21

פאָרוואָרט

די וועלט, וואָס ווערט געשילדערט אין דעם דאָזיקן בוך, איז שוין שפּורלאָז פאַרשוואונדן מיט איר גאָרער עקאָנאָמישער באַזע און במילא שוין מיט אַלע אירע געזעלשאַפטלעכע און אידייאישע קאָנפליקטן און אינטערעסן.

מיר איז געווען גאַנץ שווער אויפצואוועקן, אויפצולעבן און מאַכן זיך באַוועגן יענע פּאַרשוינען, וואָס ווירקן אין דעם בוך.

איך האָב דאָס אָבער געטאָן צוליב געשיכטלעכער דערקענטעניש, כדי צו באַקענען דעם יונגן דור מיט דעם גוואַלדיקן מהלך, וואָס מיר האָבן דורכגעמאַכט פאַר אַזאַ קורצן צייט־אָפּשניט, וואָס טיילט אָפּ אונדזער ווירקלעכקייט פון יענער.

שילדערנדיק אָט די פּאַרשוינען, שוין פיזיש און גייסטיק פאַרענדיקטע, האָב איך זיך באַמיט ניט גלאַט צו „קעמפן” קעגן זיי, ניט אויסצושרייען פאָראויס אויף זייער פאַראורטיילטקייט, נאָר זיי געלאָזט אַליין שטיל און פּאַמעלעך גיין צו זייער אָנגעצייכנטער באַשערטקייט, צו זייער געשיכטלעך־נויטווענדיקן לעצטן גאַנג — צום אָפּגרונט.

כ׳האָב זיי געגעבן מיט זייער גאַנצן אָרעם ביסל פאַרמעגן, ניט פאַרמינערט גאָרניט פון זייערע אייגנשאַפטן, כדי צו באַווייזן די נעבעכדיקייט פון זייערע „בעסטע” פאָרשטייער אַפילו, וועלכע האָבן זיך אָפט געריסן פון יענער פינצטערניש כאָטש מיט אַ וואָסער־ניט־איז ביסל שיין אַרויסצוקומען.

כ׳האָב, שרייבנדיק דאָס בוך, זיך געהאַלטן ביי יענעם מעטאָד פון קינסטלערישן רעאַליזם, וואָס באַטייט דאָס זעלבע, וואָס געטעס באַוואוסטער געבאָט; „מאָל, מאָלער, און שווייג”, — מיט דער זיכערקייט, אַז דאָס געדאַרפטע, דאָס פאַר אונדז געוואונטשענע וועט קומען במילא, אַליין פונעם עצם געטרייען מאָלן, ד. ה. פון דער אינערלעכער לאָגיק פון די גורלות פון אַזוינע פּאַרשוינען...

דער עיקר־ציל פון מיין אַרבעט אָבער איז געווען ניט נאָר צו פאַרענדיקן מיט אַן אַלטן דור, וואָס האָט געשמעקט איבערן האַלדז אין מיטלאַלטערלעכע לעבנס־פאַרהעלטענישן, נאָר דער עיקר־ציל פון בוך איז ווייזן יענע פאַרבאָרגענע כחות, וואָס זיינען דאַן געלעגן טיף דערנידעריקט אין „דריטן רינג” און וואָס זיינען אַזוי טראַגיש אומגעקומען אונטערן לאַסט פון יענעם לעבנס־יאָך.

דאָס מיין איך די שוואַכע בלענדנדיקע בליצלעך, וואָס ווייזן זיך און פלאַמען אויף דערווייל אויפן נאָך ווייטן האָריזאָנט, יענע בונטאַרישע ערשטלינגען, ↰ 22 וואָס מיט זייער דערווייל נאָך שוואַכן, אָבער פון צייט צו צייט שוין אויפקנאַלנדיקן פאַרטויבטן אומרו קומען זיי באַווייזן, אַז עפּעס קלייבט זיך דאָרט הינטער יענעם האָריזאָנט, אויב ניט אויף היינט, איז אויף מאָרגן, אויף איבערמאָרגן.

ווייל עפּעס האָט שוין דאָרט און דעמאָלט דאָך געיוירט, עפּעס האָט שוין אַפילו אין אַזאַ פאַרדומפּענער סביבה ווי יענע, — ווען־ניט־ווען און וואו־ניט־וואו, — אין אַ קעלער צי אויף אַ בוידעם, — ווי אַ פאַרדעכטיק ליכטל זיך באַוויזן, האָט אי געשראָקן, אי פאַרשפּראָכן — ס׳געווענדט ווי וועמען...

ס׳האָט דאָך, ווי באַוואוסט, שוין אין יענער צייט גערייפט דער לעבנספייאיקער זוימען, וואָס פון אים זיינען זיך צעוואַקסן די אויפקלערערישע און שפּעטער די רעוואָלוציאָנערע באַוועגונג: עס האָט שוין געהאַלטן פאַרן אָנקומען פון יענע מענטשן, וואָס האָבן איבערגענומען דעם רודער און האָבן פאַרקערעוועט די געזעלשאַפטלעכע שיף אויף גאָר גאָר אַנדערע ריכטונגען און רייסן. עס זיינען שוין דאַן געוואַקסן יענע קינדער, וועלכע האָבן שפּטער געריסן מיט גאָר דעם אַלטן, טראָגנדיק פייער אין די פּאָלעס פאַר אַלעם דורותדיקן שימל, וואָס האָט זיך אָנגעקליבן ביז זיי.

איז אָט, צו דעם באַהאַלטענעם פייער, וואָס אין די פּאָלעס פון יענעם יונגן דור, איז דער עיקר מיין אויג געווענדט. כ׳וויל זיך צו אָט דעם דור דערקלייבן, קינסטלעריש אים שילדערן און אים אָפּגעבן די ערע, פאַרוואונדערונג און אַכטונג, וואָס, גייענדיק מיט אים האַנט אין האַנט, האָב איך אַ לעבנלאַנג געזאַמלט.

.1939

דער נסתר

↤ 23

I
די שטאָט N

די שטאָט N איז געבויט אין דריי רינגען. ערשטער רינג: די סאַמע מיט, דער האַנדלס־מאַרק. צווייטער ־ די גרויסע אייגנטלעכע שטאָט, מיט די פיל הייזער, גאַסן, געסלעך, ליקלעך אַרום מאַרק, וואו דער רוב געדיכטער ישוב געפינט זיך. דריטער: פאָרשטעטלעך.

ווען אַ פרעמדער וואָלט צום ערשטן מאָל אין N זיך געטראָפן, וואָלט עס אים גלייך, — צי ווילנדיק צי קעגן זיין ווילן, — ווי מיט אַ מאַנגעט, צו דער מיט שטאָט, צום צענטער אַ צי געטאָן: דאָרט איז דער רויש, דער קאָך, דאָרט דער עיקר־עיקר, דאָס האַרץ, דער פּולס פון שטאָט.

ס׳וואָלטן אים פאַר אַלעמען באַגעגנט ריחות, און אין נאָז וואָלט אים אַ זעץ געטאָן מיט לעדער, האַלב־רויען, באַאַרבעטן, פון גראָבע און איידעלע סאָרטן; טערפּקע זיסקייטן פון באַקאַליי־ און קאָלאָניאַלע סחורות, זאַלץ פון פאַרשיידענע דורכגעטריקנטע פישן; ריחות פון נאַפט, טראָן, דזעגעכץ און פון אַלערליי קאָך־ און שמיר־איילן; פרישער שניטקראָם, פריש פּאַפּיר, דאַן אויך אַלטע און פאַרשווייסטע זאַכן און פאַרשיידענע פאַרשטויבטקייטן — שקראַבעס, בגדים, אַלט מעש, פאַרזשאַווערט אייזן — און אַלעס אַנדערע, וואָס וויל פון געברויך ניט אַרויס און מיינט דורכן האַנדל, פאַר קליינגעלט, וועמען־ס׳ניט־איז און ווי־ס׳ניט־איז, נאָך דינען.

דאָרט, אין מאַרק — אַ קלייט לעבן אַ קלייט, ענג אָנגעזעצטע, ווי קעסטעלעך אין סטעלניק. ווער ס׳האָט קיין קלייט אויבן, האָט אַ סקלאַד אונטן, ווער אויך קיין סקלאַד, איז אַ שטעלכל מיט אַ דעכעלע פאַר די קלייטן, און ווער אויך דאָס נישט, האָט פּשוט זיין סחורה אויף דער ערד ליגן אָדער שטיין — ס׳געווענדט, ווער מיט וואָס ס׳האַנדלט.

דאָרט, אין מאַרק, ווי באַשטענדיק, — יאַריד. פורן פון די נאָענטסטע און ווייטסטע ישובים פון יענער געגנט קומען אָנצונעמען סחורה, און פורן, טיליגעס פון דער באַן־סטאַנציע, פירן, ברענגען פון באַן אַלץ פרישערע, אַלץ נייע.

מע פּאַקט אויס און מע פאַרפּאַקט.

יידן — אַרענדאַרעס, קליינשטעטלדיקע הענדלער — זומער אין זומער־מאַנטלען מיט קאַפּיושאָנעס, ווינטער — אין בורקעס, פּעלצן מיט שטאַרק־אָפּגעלייגטע קעלנער — קומען אָן פון די אַנדרושיווקעס, ראַרעדעקס, יאַמפּעלעך, ↰ 24 פון ווייטן זוויל און קאָרעץ און אויך פון דער ווייטער פּאָלעסיע, — אַהער נאָך סחורה פאַר מזומן, אויף קרעדיט; אייניקע מיטן מיין ערלעך, אָרנטלעך זיך אויסצוהאַנדלען, אַנדערע — מיט אַנדערע מיינען; נעמען און „זיך שטעלן”, דערנאָך „ענדיקן” אויף געוויסע פּראָצענטן, און ווייטער נעמען, און נאָכאַמאָל „זיך שטעלן”, ד. ה. אָנזעצן.

מע קומט מיט ליידיקע פורן, און מע פאָרט אָפּ מיט פולע, געפּאַקטע און געשנורעוועטע מיט טראַנטעס, זעק, ברעזענטן, פאַרנאַכט פאָרט מען אַוועק, און אינדערפרי באַווייזן זיך נייע.

— שלום־עליכם, — גייט אַראָפּ פון די טרעפּ אַ הענדלער, צו באַגעגענען זיין באַשטענדיקן, נאָר־וואָס אָנגעפאָרענעם קונה, אים גלייך פון פור אין קלייט אַריינצורופן, כדי קיין אַנדערע זאָלן אים ניט איבערנעמען.

— שלום־עליכם, רב מלך, וואָס הערט זיך אין אַנדרושיווקע? — זאָגט ער פון היימישקייט און יוצא וועגן, און גייט באַלד איבער צו אינטערעס: איי, גוט, זאָגט ער, וואָס ער איז געקומען ,מ׳האָט פאַר אים וואָס ער דאַרף, אַן אַנטיקל, און אַזוינס, ווי אַזעלכעס.

אַנדערע הענדלער פּרואוון זיך מיט יענעמס קונה אַ שמועס פאַרפירן, אים פון זיין באַשטענדיקער קלייט אָפּציען, צו זיך אַרייננאַרן, אים ביליקערע פּרייזן און בעסערע קרעדיט־קאָנדיציעס פאָרשלאָגן.

אָפט קומט דערפון אַרויס אַ קריג. ס׳קריגן זיך הענדלער מיט הענדלער, משרתים מיט משרתים, און נאָר טרעגער, ליינערס, וואָס פאַרדינען אַמאָל ביי דעם און אַמאָל ביי יענעם, שטייען פונווייטנס, מישן זיך ניט און האַלטן קיינעמס צד ניט. ס׳קריגן זיך אַמאָל סוחרישע ווייבער — און ווייבערשע קללות הערן זיך, משרתים צווישן זיך — און פּעטש פליען.

דאָס אַלץ נאָר אין אויסגענומענע פאַלן. ס׳רוב אָבער איז יעדערער מיט זיינעם באַשעפטיקט. ס׳קלעקט קונים און פּדיון פאַר אַלע. פון גאַנץ פרי ביז פינצטער זיינען הענט פול מיט אַרבעט, די פילע איינקויפער צו באַזאָרגן. משרתים — מיט גראָבער אַרבעט, ווי וועגן, מעסטן, אַרויסנעמען, אַריינלייגן א. אַז. וו; און באַלעבאַטים אַליין — מיטן דינגען זיך, איינרעדן, איבעררעדן, די סחורה צו באַווייזן און מיטן פּרייז זיך אויסגלייכן.

ס׳איז, ווי געזאָגט, באַשטענדיקער יאַריד דאָרט. הורט־ און לאחדים־האַנדל. גרויסע קרעמער גייען און טראָגן אויפדערנאַכט אַהיים פּעקלעך הונדערטער און ת״קער, קליינשטעלעכלעך־הענדלער — מינץ אין ליינווטענע בייטלען און ווייניק פּאָזיט. אָבער דער טומל פון די שטעלעכלעך איז אַ גרעסערער, ווי ביי די גרויסע. ביי די קליינע איז קריג אַ וואָכעדיקייט. קריג גייט איבער אין קולות, ליאַרמען. מע קריגט זיך פאַר אַ גראָשן, פאַר אַ פונטל זייף, פאַר אַ ביסל־קראָכמאַל־קונה, פאַר אַ דאַר־פישל־לייזונג און מע שעלט זיך, נישט זשאַלעווענדיק, און מער, ווי פאַר אַ גראָשן:

↤ 25

— אַ בראַנד...

— אַ בראָך...

— מיט די פיס צו דער טיר...

— ווען זיצט מען שוין שבעה נאָך דיר...

מע בעט זיך אָבער דאָרט אויך גיך איבער: שטעלעכלעך פּאַרען און טרינקען אָפט טיי אינאיינעם, מע לויפט איינער צום אַנדערן נאָך אַ גמילת־חסד, מע לייט אַ געוויכטל, מע קויפט צוזאַמען אַ גויאישע מציאה, און מע באַלאַגורעט, און מע שרייט זיך איבער איין שטעל איבער פינף, איבער צען, און אַלע מיט אַלע.

דאָס איז אין אַלע טעג. אין ספּעציעלע מאַרק־טעג אָבער — אַ באַזונדערע ענגעניש און געדרענג פון פורן. אויסגעשפּאַנטע פערד שפּייזן זיך פון וואָגן. איינגעשפּאַנטע — פון פרעס־זעק... יונגע לאָשעקלעך שטופּן די מאָרדעלעך צווישן די שקאַפּעס פיס אַרונטער. אַן אָגער צעהירזשעט זיך און מאַכט פערדישע קולות איבערן גאַנצן מאַרק, און צווישן אָט דעם געדרענג פון פערד, מענטשן איז אַ קויט, אַ שמוץ. ווינטער — דער שניי קיין שניי, — זומער און ווינטער — קיזיק, פערדישע השתנה, היי, שטרוי, רייפן, פעסער, קעסטלעך, קאַליוזשעס קאָלירטער נאַפט, וואָס ווערט זעלטן־ווען אַמאָל בייטאָג פאַרקערט און אויפגעראַמט.

אין גרויסע מאַרק־טעג, ווי פאַסטן־צייט, פאַר ריזלעך, איז זיך דאָרט ניט דורכצושטופּן. אַ פּויעריש־געפּעלצטער עולם, אַ געמישט־פאַרביקער פון טונקל־ברוינלעכע סוויטקעס, געלע פּעלצן, מאַרינאַרקעס פון האָריקן גראָבן באָבריק; טוך, שאַלן, שאַלעכלעך, היטלען, יאָלעמס, קוטשמעס; שטיוול, פּוישטן, אָנעטשעס מיט שטריקלעך פון פּויערים, שליאַכטעס, פון מענער, פרויען.

מע קומט אין שטאָט: — ווער פאַרמעגלעך — אויף עפּעס רעכטס צו קויפן, און ווער ניט, ווער אָרעם — אַ קלייניקייט, וואָס מע וואָלט עס אויך אין דער היים געקאָנט קריגן, אָבער דער חשק צו זיין אין שטאָט איז גרויס, — דער חשק צווישן מענטשן זיך דרייען, אין פאַרשיידענע קראָמען אַ קליינווערטיקע זאַך צו דינגען, אַבי צו דינגען, אַבי וואָס מער צייט ביים קויפן פאַרברענגען און האָבן הנאה פון קויפן.

די פאַרמעגלעכע גייען מיושב, באַטראַכט, ווייסן, וואָס זיי ווילן, ווי צו זוכן, און דער קרעמער איז זיי גערן: דעם „וואַספּאַן”, דעם „כאַזיאַאין” באַגעגנט ער מיט כבוד, מע רעדט מיט אים איידל, מע רעדט אים איין און מע סטאַרעט זיך, נאָך לאַנגן דינגען זיך, ביי אים לייזן און אים ניט אַרויסלאָזן. דערפאַר די אָרעמע אָבער איז מען שוין אין טומל ניט גערן. מע דערקענט זיי גלייך, ווי זיי בלאָנדזשען פאַרלוירן מיט די אויגן איבער אַלע ווינקלען און פּאָליצעס פון דער קראָם. מע דערקענט, אַז זיי האָבן, אויסער חשק, אין ↰ 26 די מיטלען ווייניק. מע באַגעגנט זיי מיט חשד, מע טרייבט זיי און מע וויל זיי אָפט אויף זייערע קבצניש־באַשיידענע פראַגעס נישט ענטפערן, און אַז איינער זאַמט זיך לענגער צווישן איבעריקן קונים־עולם, און דער קרעמער באַמערקט עס, שרייבט ער צום משרת:

— וואָס טענהט ער מיט אים אַזוי לאַנג? ער זעט דען ניט, וואָס ער וויל, צו אַלדע רוחות און גנבים!

און גנבות קומען פאָר דעמאָלט, אין די גרויסע מאַרק־טעג, טאַקע ניט זעלטן. זעלטן גנבעט אַן אָרעמער פּויער ביים קרעמער, אָפטער אָבער דער קרעמער ביים פּויער.

באַוואוסטע ספּעציאַליסטן זיינען שוין פאַראַן, וואָס דער גאַנצער מאַרק קאָן זיי, וואָס וועגן מיט צענפונטניקעס אָנשטאָט אַ האַלבן פּוד. מע מאַכט עס שנעל. זיי וועגן פלינק, — אַ שטעל אַרויף, אַ נעם אַראָפּ, — און דער פּויער קוקט זיך אויפן אָרט ניט אַרום, נאָר ערשט שפּעטער, און ער קומט מיט טענות און מיט גוואַלדן, און די „מאַלענקע פּיוופּודניקעס”, ווי מע פלעגט זיי רופן, יענע ספּעציאַליסטן, דערקענען זיי שוין גאָר ניט. ס׳קומט אָפט צו קלעפּ, צו געשלעג, ביז דער אָרדענונג־היטער, דער געוויסער „בודאָטשניק”, דער אָנגעזויפטער, שטענדיק רויט־מאָרדעדיקער, מישט זיך אַריין, פייפט מיטן פייפל, צענעמט און פירט אַהין, וואו מען דאַרף דווקא דעם, וועמען מע דאַרף ניט אָפּפירן.

אַן אַנדערש מאָל גנבעט אַ פּויער, כאַפּט אַריין אין בוזעם אַ קלייניקייט. אַז מע כאַפּט אים, צערעמאָניעט מען זיך ניט לאַנג, נאָר מע פּראַוועט אויפן אָרט דעם משפּט. עס שלאָגט דער משרת פון קלייט, וואו דער פּויער האָט געגנבעט; אַז אַנדערע משרתים, פון די נאָענטע קלייטן, דערזעען, דערהערן און האָבן צייט, קומען זיי אויך צו הילף, יעדערער מיט וואָס ער קאָן, און יעדערער לייגט צו אַ האַנט צום שלעגערישן יד־אחת. די פּויערים שלאָגט מען אין פּנים, אין קאָפּ, אין פּאָטיליצע. אַז ס׳מאַכט זיך מיט אַ פּויערטע, סיי אַ יינגערע, סיי אַן עלטערע, שלאָגט מען ווייניקער, כמעט נישט, נאָר מע שטעלט זי צום בזיון: מע רייסט ביי איר אַראָפּ די שאַל, דאָס קאָפּטיכל. זי בלייבט אַ פאַרשעמטע און האָריק־צעפלאָכטענע — פאַרן גאַנצן מאַרק און אויף בייז־וואונדער אַן אויסשטעלונג...

דאָס אַלץ אָבער — נאָר צופעליקייטן און ווען־ניט־ווען נאָר. אָבער דער עיקר איז עיקר: קונים קויפן און זיינען פונעם קויפן צופרידן, סוחרים — פון פאַרקויפן. אַלע פּנימער זיינען אין אַזוינע טעג צעפלאַמט, אַלע הענט באַשעפטיקט. וואָס פאַר אַ וועטער ס׳זאָל אין דרויסן ניט זיין — אַ ווינט, אַ פראָסט, אַ שניי, אַ זאַווערוכע — שטערט ניט, און מע קוקט זיך אויף אים ווייניק אום: הענדלער זיינען פון אינערלעכער הנאה און פון לייזונג צעוואַרעמט.

↤ 27

אין אַזוינע טעג עסט מען ווייניק. ס׳גענוגנט דאָס, וואָס מע האָט אינדערפרי אין דער היים, פאַרן מאַרק־אַרויסגיין, איבערגעכאַפּט. ס׳קלעקט ביז נאַכט, ביז פינצטער, ביז מע וועט פון פראָסט און פון זאַווערוכע פאַרבלאָזענע, רויט־אָנגעדראָלענע און אָנגעהאָרעוועטע אַהיים קומען.

מע פאַרגעסט אין אַלץ. מע קוקט ניט אויף הענט, וואָס טראַסקען, אויף פּנימער, נעז, אויערן, וואָס פרירן. מע קוקט ניט, אַז מע כאַפּט אַ קלאַפּ, אַז מע פאַרשטעכט זיך: אין אָוונט, נישקשה, אין דער וואַרעם וועט מען אויסשטעכן.

דאָס אַלץ געזאָגטע קומט פאָר אויפן אַזוי־גערופענעם „גראָבן מאַרק”. דאָס זעלבע אָבער אויך אויף דער פּאַראַלעלער גאַס — אויפן „איידעלן” דעמאָלט; אויך דאָרט איז פון ענגשאַפט און פורן נישט דורכצוגיין. כאָטש קיין פּראָסטע פּויערים און, בכלל, קיין לאחדים־קונים קומען ניט אַהין, נאָר הורט.

דאָרט — די גרויסע שניטקרעמער, גרויסע צעלניקער, הענדלער פון טוך, מיט גרייט שיך־ און קליידערוואַרג און פאַרשיידענע אַנדערע סחורות פון לאָדז, וואַרשע, ביאַליסטאָק און אַנדערע שטעט פון פּוילן און פון ווייסרוסלאַנד.

דאָרט נאָר פּריצים, רייכע שליאַכטעס, פאַרמעגלעכע קליינשטעטלדיקע יידן.

דאָרט זיינען משרתים ציכטיקער אָנגעטאָן. דאָרט איז אויך דער באַנעם און דאָס באַגיין זיך מיט קונים אַנדערע.

דאָרט חנפעט מען און מע שווינדלט פיינער. דאָרט דרייען זיך ס׳רוב די באַלעבאַטים פאַר די קלייטן אין טכוירענע טולופּעס, זאַמלען זיך אין רעדלעך אויף באַלעבאַטיש־געשעפטלעכע שמועסן, און אין די קלייטן רודעווען די הויפּט־משרתים, די גרויס־געניטע, מיט די געשליפענע צינגלעך, וואָס קאָנען איינרעדן און אַזוי קונציק די סחורה באַווייזן, וואָס זעלטן, אַז ווער ס׳כאַפּט זיך צו זיי אַריין, זאָל זיך פון זיי שוין „אַרויסדרייען”.

באַלעבאַטים אין דרויסן רעדן שטענדיק פון „זמנים”, וועקסלען, אָנזעצן, רייזעס קיין לאָדז כאַרקאָוו, און פון פּרייזן, וואָס שטייגן, אָדער פאַלן אין די גרויסע האַנדלס־צענטערן. און אינעווייניק, אין די קלייטן ,אין די אַלטגעמויערטע, אָן פענצטער, וואָס שיין באַקומען זיי נאָר פון דער דרויסן־טיר, איז פינצטערלעך, אַפילו בייטאָג באַשטענדיק האַלב־שיין, און פאַר די טישן שטייען די קונים, הינטער די פאַרקויף־טישן — די משרתים, וואָס באַווייזן ווייסן שטאָפן, וואָלנס, טערנע, קאָרט, זיידנס, פון ענגלישע, דייטשישע, רוסישע פירמעס — ליגנערישע מאַרקעס, פאַלשע פּלאָמבעס — און, באַווייזנדיק, מעסט מען, און מעסטנדיק און איינרעדנדיק, טוט מען אָפט, וואָס מע דאַרף: „מע טוט אַריין ניין איילן פייוויש”, ווי ס׳הייסט אויף משרתים־לשון.

אויך דאָרט אין אַזוינע אויבן־דערמאָנטע גרויסע מאַרק־טעג זיינען הענט ↰ 28 פול אַרבעט. אויך פאַר די דאָרטיקע קראָמען יענע טעג ווערן פורן געפּאַקט און געשנורעוועט, קאַסטנס אויפגעריסן און פאַרשלאָגן. טרעגערס און משרתים באַגעגענען זיך אויף די שוועלן פון די קראָמען מיט אַריין־ און אַרויסטראָגן. פּאָליצעס ווערן אויסגעליידיקט און די קאַסעס פול. ס׳איז גוטע טעג פאַר די באַלעבאַטים, וואָס זעען זיך דעמאָלט מיט היפּש מזומן, גוטע טעג פאַר משרתים, פאַר וועלכע די קונים „לאָזן עפּעס”, און זיי באַקומען געוויסע פּראָצענטן פון יעדער קניה. גוט אויך פאַר מעקלער, נאַרייער און מנינים, וואָס ברענגען נייע קונים אָדער קומען מיט אַלטע אויף קויף־מבינות, אויף בעסערע פּרייזן אויסדינגען און האָבן דערפאַר „שפּייזן”.

אין יענע טעג געפינען זיך שוין די באַלעבאַטים, ווייבער פון באַלעבאַטים און אַפילו עלטערע קינדער אין די קראָמען. וויפיל „מענטשן” מע האָט, איז ווייניק. ס׳ווערן דערום געבראַכט די אייגענע פון דער היים: ווער ס׳האָט צו אַרבעטן און צו טאָן — טוט, און ווער נאָר צו קוקן, אַכטונג געבן, — גיט אַכטונג. אָבער אַהיים גיין, די קראָם פאַרלאָזן, פאַרלאָזט דעמאָלט קיינער, — ביז אָוונט, ביז אויפדערנאַכט, ביז שפּעט שוין, ווען די קלייטן ווערן אויף די שלעסער און קייטן געשלאָסן, לאָדנס ווערן מיט אייזן־געשריי אַראָפּגערוקט, און מידע, צופרידענע און מיט פולע קאַסעס לייזונג ווערן די באַלעבאַטים פון די משרתים און אייגענע אַהיים באַגלייט.

אַזוי דער מאַרק ערב ווינטערדיקע חגאס. ווייניקער טומלדיק — נישט פאַר חגאס, אָבער תמיד איז און בלייבט מאַרק — מאַרק, מיט זיין געשעפט — געלט־ און לייזונג־גיריקייט, צו וועלכע ער האָט זיך אינגאַנצן איבערגעגעבן. און געפינענדיק זיך אין אים, איז מען אַזוי מיט אים פאַרשלונגען, אַז קיין אַנדערע, קיין נישט איבערגעגעבענע, פאַרשטייט מען נישט, באַנעמט מען נישט, מע האָט פאַר זיי קיין צייט נישט, און אין פון אייביק איינגעשטעלטן מאַרק־סדר — קיין אָרט פאַר זיי.

אַזוי, אַז זעלטן־ווען נישט קיין מאַרק־מענטש, ווי כלי־קודש, אָדער קינדער, באַווייזן זיך אין מאַרק, סיידן נאָר פאַרביי און דורכגייענדיק, און אַז זיי ווייזן זיך יאָ, איז זייער אָנוועזנהייט ווי נישט באַרעכטיקט, און זי מערקט זיך גלייך. קינדער ווערן פון טאַטע־מאַמע אַהיים געיאָגט: „אַהיים, וואָס טוסטו דאָ?”; אַ שול־שמש, אַ חזן, אַז ער באַווייזט זיך, איז נאָר אויף צו גיין פון קלייט צו קלייט, עמעצן אין אַ יאָרצייט דערמאָנען, אָדער קרעמער באַלעבאַטים אויף אַ ברית, אַ חתונה צו רופן, אָבער ניט זיך צו פאַרזאַמען. בקיצור דאָס שליחות אָפּצוטאָן, און, אַן איבעריקער, זיך וואָס גיכער אַרויסצורוקן פון דאָרט.

הייזער־גייער אַפילו, אייניקע שלעפּער, פון שטענדיק גרויסע עזות־פּנימער, אַז זיי טרעטן די מאַרק־גרענעץ אַריבער, באַקומען זעלטן־ווען אַ נדבה געשענקט, נאָר באַשטענדיק באַגעגנט זיי אַ ברוגז־אָפּשטויסנדיקער ענטפער פון דער שוועל אַראָפּ:

↤ 29

— גייט, גייט געזונטערהייט. אין דער היים... אין מאַרק גיבן מיד נישט.

אויך שטאָט־משוגעים מיידן אויס דעם מאַרק, גלייך זיי פילן, אַז דאָרט איז קיין צייט ניטאָ און קיין בעלנים מיט זיי זיך צו פאַרנעמען.

ווייל מאַרק־מענטשן זיינען ערנסט. ביי ווייניק פאַרמעגלעכע דרייט זיך שטענדיק דאָס היטל פון זאָרג, וואו נעמט מען, וואו לייט מען ווייניק. ביי מער פאַרמעגלעכע — וואו נעמט מען, וואו לייט מען מערער. גרויסע געשעפט־לייט האָבן צו טאָן מיט גרויסע בעל־הלוואות, מיט פּראָמילניקעס, און דער קאָפּ דאַרט פאַר גרויסע וועקסלען צו צאָלן, קליינע — פאַר דעם רובל די וואָך דעם וואָכערניק. אָבער באַשעפטיקט און פאַרדרייט זיינען אַלע: מיט לייזען, ווען ס׳לייזט זיך, און ווען ניט — מיט „אויסדרייען זיך” און ווי אַזוי די קליינע אָדער גרויסע הוצאה אויסצושלאָגן.

ווייניק ערנסט און מער זאָרגלאָז זיינען משרתים: דער מאָרגעדיקער טאָג איז ניט זייערער, און זיי ווילן אים אויפן קאָפּ ניט נעמען. בפרט יוגנט. זיי דערלויבן זיך אַ שפּאַס אַפילו, ווען מע איז שטאַרק פאַרנומען, און באַזונדערס, ווען מע איז פריי, און מער פון אַלץ, געוויינלעך, זומער־צייט, פאַר שניט, ווען אַלץ איז שטיל־געלייגט, ווען נישט פון נאָענטע, ווער שמועסט פון ווייטע ישובים, באַווייזט זיך דעמאָלט קיינער, און גאַנצע טעג גייט מען אום ליידיק.

מע בראָט זיך דעמאָלט אויף דער זון אין דרויסן, מע קילט זיך אין די קלייטן און סקלעפּעס אינעווייניק, און אַז אומעט בלייבט אומעט, דאַנקט מען גאָט, ווען מע געפינט אַ גראָשן אין קעשענע, צו אַ נאָענט סאָדעוואַסער־קלייטעלע צוצולויפן וואַסער אויסצוטרינקען און עפּעס צו נאַשן. און אַז ס׳איז ווייטער ניט צו טאָן, דאַנקט מען, — ווען מיטאַמאָל אַ משוגענע פּריצטע, ווי די אַלעמען אין שטאָט באַוואוסטע פּאַני אַקאָטאַ, למשל, באַווייזט זיך, מיטן אַלטן מאַנטעלע פון מלך סאָבעסקעס צייטן, מיט די פיל פרענדז און טראָלדן, מיטן אַלטן היטעלע, מיט די פיל סטענגעס, קאַרעלן, שמאָכטעס און בימבערלעך באַהאַנגען.

מע לויפט איר באַלד אַנטקעגן, גלייך אַלע ווילן זי פאַר אַ קונה אין זייערע קלייטן אַריינרופן, און איינס אַ משרתל פאַרלויפט איר פאַר אַלעם דעם וועג, טוט צו איר אַ גיי אונטער און פון אַ זייט, ווי מע רופט אַ פּריץ, טוט ער ביי איר אַ פרעג, כלומרשט מיט כבוד:

— קמץ צדיק, פּאַני?

— צאָ? — פרעגט די פּאַני אָפּ מיט אַ פראַגע.

און דאָס האָבן משרתים באַדאַרפט. מע לאַכט, מע קנייפּט זיך און מע פאַרגייט זיך אין געלעכטער. און ענדיקן ענדיקט זיך די שפּיל כסדר מיט קולות, מיט קללות, מיט שעלטן יידן און גויים, מיט גרויס אָנגעלויף און ↰ 30 סקאַנדאַלן, ביז די עלעטרע משרתים, און ביז אַליין די באַלעבאַטים מישן זיך ניט אַריין.

אַן אַנדערש מאָל כאַפּט מען אַריין פון אַ נאָענט שטאָט־געסל אַ משוגענעם אויף ניצעכע, ווי, למשל, מאָנישן, דעם תם, מיטן בלאָנדן יויזל־בערדל, וואָס באַברעמט זיינע שטאַרק בלאַסע באַקן. ער איז אַ קראַנקער, רעדט שטיל, געציילטע ווערטער און צערעפּעט.

מע ברענגט אים אין אַ ווינקל, מע שטעלט אים אַרום, מע זאָגט אים צו, וואָס ער וויל, אַבי ער זאָל ענטפערן אויף דער טויזנט מאָל אים שוין געשטעלטער און פון אים פאַרענטפערטער פראַגע:

— מאָניש, אויף וואָס דאַרפסטו אַ ווייב?

— אויף דריי זאַכן, — ענטפערט ער און שמייכלט דערביי.

— אויף וואָסערע?

— אויף גל־ע־טן, קי־י־שן און קי־י־צ־לען.

— און מער ניט?

— אויף וואָ־אָ־ס דע־ען נ־אָ־אָך!...

אַזוי רוט דער מאַרק אין די נישט־לייזונג־טעג. מע עפנט דעמאָלט די קלייטן נאָר פאַר יוצא־וועגן, ווייל נישט עפענען איז ניט שייך; מע נודיעט זיך אָפּ, ווי לאַנג דער טאָג איז, און ביז די זון אויפן הימל־ראַנד פאַרגייט ניט; מע שליסט און מע גייט אַוועק, כדי אויף מאָרגן ווידער אויף פּוסטן צו קומען, אויף די שוועלן צו שטיין, אויף קיין קונה ניט אַרויסצוקוקן, ווייל — אומזיסט, און אַזוי די עטלעכע וואָכן, די גאַנצע שניט־צייט, ביז דער טויטער סעזאָן גייט ניט איבער.

היימישע, אייגענע, ד. ה. קרעמער, הענדלער, באַלעבאַטים, וואָס ציען זייער חיונה פון מאַרק, און וואָס נישט זיי אַליין, נאָר זייערע עלטערן און עלטערנס עלטערן האָבן געצויגן, האָבן קיינמאָל קיין קאָפּ און קיין צייט ניט צו טראַכטן וועגן קיום און באַשטאַנד פון מאַרק, און אין זיין באַשטענדיקייט צו צווייפלען.

פאַרקערט, מע איז זיכער: די צוגעקלאַפּטע מזוזות צו די ביישטידלעך פון די קלייטן און די פערדיש־פאַרזשאַווערטע פּידקאָוועס, צוגעשלאָגן אויף גליק צו די שוועלן פון די קראָמען פון אייניקע, פון די געמיינערע, היטן אָפּ דאָס געמיינע און דאָס ווייניק־גליק פון די אייניקע; און די פלעדערמייז, געקוילעט מיט אַ גאָלדן רענדל, באַהאַלטן אונטער די שוועלן פון אַנדערע, פון די מער גליקלעכע, היטן אָפּ דאָס מער־גליק און די שפע פון די אַנדערע. און אַזוי, מיינט מען, וועט דאָס זיין, אַזוי וועט עס בלייבן, ווייל פון אייביק אויף אייביק איז אַזוי פון גאָט און דער השגחה זיינער איינגעשטעלט, אויף דור צו דור, און טאַטעס זאָלן קינדער מאַכן ירשענען.

↤ 31

אַ פרעמדער אָבער, ווען ער וואָלט אַראָפּגעקומען און אַ שטיקל צייט אין מאַרק אָפּגעווען, וואָלט ער גלייך דערפילט אַ ריח פון אומבאַשטאַנד, און אַז, מעגלעך, אין אַ נאָענטער, גאָר נאָענטער צייט, וועט שוין דאָ שמעקן מיט פּגירה פונעם גאַנצן האַק־פּאַק, פונעם קויף־פאַרקויף, טאַראַראַם און שווינדל־האַנדלשן הו־האַ, און פון יענע אַלע, וואָס דרייען זיך און זיינען פאַרדרייט דאָ...

באַזונדערס, ווען ער וואָלט אַראָפּגעקומען ביינאַכט, ווען ס׳שלאָפט דער גאַנצער מאַרק מיט אַלע זיינע הויפּט־גאַסן און געסלעך, מיט די געמויערטע קלייטן און מיט די שטעלן און שטעלעכלעך, וואָס שטייען אויף דער גאַס, מיט די סקלאַדעס אין די פינצטערע רייען, אונטער שווערע, אייזערנע טירן, לאָדן, קייטן און שלעסער; און ווען ער וואָלט דערזען די זיך לאַנגוויילנדיקע שומרים ביינאַכט, וואָס אַמאָל שטייען זיי אָדער זיצן עטלעכע אינאיינעם גענעצנדיקע, און אַמאָל צו איינציקע אין פאַרשיידענע ווינקלען און גאַס־עקן, און זעען אויס, ווי טונקעלע אָנגעפּעלצטע גלגולים פונעם אַלטן פאַרוואָגלטן גאָט מערקור, וואָס האָט פון אַלטע צייטן אַהער, שוין אַ פאַרשפּעטיקטער, געטראָפן; ווען ס׳טרעפט אַ פרעמדער אַהער, און ווען ער וואָלט דאָס אַלץ זען, זאָגן מיר, און אויב ער איז קיין נביא ניט, וואָלט ער ,אמת, קיין נביא ניט געוואָרן, נאָר אויב נאָר אַ מענטש מיט עטוואָס פיינערע חושים, וואָלט זיך אים גלייך עפּעס אַ טרויער אויפן האַרצן געלייגט, און ער וואָלט דערפילט, אַז די שוועלן, אויף וועלכע די שומרים זיצן, זיינען שוין שבעה־שוועלן, אַז די פאַרחתמעטע טירן, קייטן, שלעסער וועלן שוין קיינמאָל מיט קיין נייע נישט פאַרביטן ווערן, און אַז צום אמתן רעמל און כדי דאָס בילד צו דערגאַנצן, וואָלט מען דאָ, אינמיטן מאַרק, באַדאַרפט אַוועקשטעלן אַ מתים־ליכט, אַ שטיל־ברענענדיקע און אָן דעם מאַרק שוין דערמאָנענדיקע.

* *
*

דאָס איז דער מאַרק־טייל פון דער שטאָט N — דער ערשטער רינג.

דער צווייטער טיילן די שטאָט זעלבסט.

ווען אַ פרעמדער וואָלט אין זעלבן ביינאַכט, אַרויסגייענדיק פון מאַרק, זיך געווענדט צו די נאָענטע הייזער, איז דאָס ערשטע, וואָס וואָלט זיך אים געוואָרפן אין אויג, וואָלט געווען אַ סעריע איין־, צוויי־ און מער־שטאָקיקע בנינים, געבויט אויף אַן אַלטן אָרט און אופן, פון משוגענעם סטיל, אָדער, בעסער געזאָגט: קיין סטיל.

ער וואָלט גלייך דערקענט, אַז דאָס זיינען נישט קיין וואוין־הייזער, נאָר גאָר צו עפּעס אַנדערע צילן באַשטימט, און אויב אויפן ערשטן קוק וואָלט ער ניט געוואוסט, צוליב וואָס פאַר אַ ציל, איז ביים צווייטן וואָלט ער זיך שוין ↰ 32 זיכער אָנגעשטויסן: דאָס זיינען פון דער עדה פון דער שטאָט N פאַר זייער גאָט און זיינע מידות דאָ געבייען.

ער איז אַ פאַרוואָגלטער און אַ פאַרגלותטער, זייער גאָט. קיין סך פאָדערט ער ניט, קיין איבעריקע זויבערקייט, רוים ,לופטיקייט און קאָלאָנעס; קיין פּוץ און אויסערלעכקייט: נאָר דורך אַ קויטיקן, לאַנג נישט געווישטן און געוואַשענעם פענצטער, זאָל זיך ביינאַכט פון אינעווייניק פון זיין בנין אַ קליינע צאַנק־שיין פון אַ ביליקן, ווייניק־נאַפט־געברויכעדיקן, לעמפּל אַרויסזען; ס׳זאָל דאָרטן שטיל זיין, און אַ געבראָכן געמיט זאָל רוען אויף דער שוועל פונעם בנין, אויף די פענצטער און אויך אויפן דאַך. אין אייניקע בנינים זאָל אינעווייניק אַן עלנטער, נישט קיין באַווייבטער שמש שלאָפן — אויך אַ קויטיקלעכער און נישט קיין סך פאָדערנדיקער דינער צו גאָט. אין אַנדערע זאָלן גאַנצע גרופּעס היימלאָזע, בייטאָגעדיקע הייזער־גייער, בעטלער, שלעפּער אויף בערג שמאַטעס, אויף בענק, און אַליין אויך, ווי בערגלעך שמאַטעס אויסזעענדיקע, אין דער פינצטער כראָפּען. און אין אַנדערע אייניקע זאָל, פאַרקערט, דווקא אינמיטן ביינאַכט פון אַלע צוועלף פענצטער, ווי ס׳פאָדערט די טראַדיציע פון יענעם גאָט, פון זיינע בנינים, אַ גרויסע שיין אַרויסשיינען, ליכט און לאָמפּן זאָלן ברענען, ס׳זאָל זיך מערסטנטייל פון דאָרט יינגלשע, וואַרעם־זינגענדיקע קולות הערן, וואָס, לערנענדיק דעם גאָטס געזעצן און געבאָטן, דינען זיי צו אים און ווערן אים פאַררעכנט, ווי קרבנות, וואָס ער האָט אַמאָל, בשעת זיין גדולה, נאָך געהאַט, און איצט — פון לאַנג שוין אָנגעוואוירן.

אָט האָט איר אייך איינעם אַזאַ בנין.

ער איז מיטן פרונט געווענדט צו אַ ליידיקן קליינעם פּלאַץ; אַ צוויי־שטאָקיקער. אין אונטערשטן שטאָק, קיילעכיק און אַרום אים, קלייטן און אַביסל וואוינונגען, פלייש־און־גרויפּן קראָמען און אַנדערע, אויף הכנסה פאַר דעם בנין, און אויפן צווייטן שטאָק, — זי, די שול אַליין, קוקט מיט איר אַריינגאַנג־זייט, מיט אַ גרויסן פיל־פענצטערדיקן קאָרידאָר צום פּלאַץ אַרויס, און מיט די איבעריקע דריי זייטן, וואָס אין יעדערער צו דריי פענצטער, — אין פאַרשיידענע געסלעך.

„די אָפענע” רופט מען זי.

פאַרוואָס?

אין דער צוואה פון דעם, וואָס האָט זי צוריק מיט אַריבער הונדערט יאָר געבויט, איז פאַרשריבן, פאַרזאָגט, אַז איר טיר זאָל זיך קיינמאָל ניט פאַרשליסן, נישט בייטאָג, נישט ביינאַכט, נישט זומער, נישט ווינטער, נישט קיינמאָל, אַזוי לאַנג, ביז זי וועט (צו האָפן, ביז משיחס צייטן) אויף איר גרונט שטיין.

זי איז דערום באַשטענדיק אָפן, די טיר. פאַר אַלעמען; פאַר די אייגענע ↰ 33 פון שטאָט, וואָס קומען דאַוונען און לערנען, אויך פאַר די, וואָס קומען זומער זיך קילן און ווינטער זיך אָנוואַרעמען — הענדלער, קרעמער, טרעגער און אַנדערע, וואָס כאַפּן זיך אָפט אַרויס פון מאַרקישן פּוסטלעכן טומל, כדי מיט אַן אַנדער, באַרואיקנדיקער לופט אַן אָטעם טאָן; דאַן אויך פאַר פרעמדע, אָרעמעלייט, וואָס זי איז די איינציקע סטאַנציע זייערע, אַהער און קומענדיק, און וואָס אַמאָל פאַרברענגען זיי דאָרט וואָכן, אַמאָל אויך חדשים: דאָרט עסן זיי, שלאָפן, און קיינער, לויט דער צוואה האָט קיין רעכט ניט דאָס זיי צו פאַרבאָטן.

מע דאַוונט דאָרט: פון פרימאָרגן ביז שפּעט נאָכן האַלבן טאָג, גאַנצע מנינים און אויך איינצלנע. און ביינאַכט לערנט מען: אין אָוונט — מיטליאָריקע און עלטערע, וואָס נאָכן לערנען גייען זיי אַהיים שלאָפן, און ביינאַכט — מערסטנס וואַך־בלייבנדיקע יוגנט.

ס׳איז דערום זעלטן־ווען צו טרעפן „די אָפענע” אַ ליידיקע און אָן מענטשן. די טיר פאַרמאַכט זיך קיינמאָל, תמיד אַריין — אַרויס.

ס׳איז דאָרט אַ זאַמלפּונקט פאַר פאַרשיידענע אינטערעסן. דאָ שטייט מען אַ רעדל און מע רעדט פון געוויינלעכע וואָך־זאַכן, און דאָרט זיצט אָדער שטייט איינער אַ יונגער, אָדער עלטערער, און איז אין אַ טיפן שטאַרק־פאַרדרייטן לערן־ענין פאַרטאָן, וואָס האָט צו אַלעם אים אַרומרינגלענדיקן קיין שייכות.

פאַרשיידענע זיינען אויך די לערנער. אַ קליינער טייל בחורים היגע — פאַרמעגלעכע און האַלב־פאַרמעגלעכע, וועלכע די עלטערן האַלטן אויס. אָבער מערסטנס — פרמדע, אויף פרעמדן אויסהאַלט, וועלכע אַנדערע האַלטן פאַר אַ מצווה מיטן נייטיקסטן צו באַזאָרגן.

מע טרעפט דאָרט יוגנט פון די נאָענטע, אין יענער געגנט ליגנדיקע, ישובים, און אויך פון ווייט, פון וואָלינער און פּאָדאָליער גרענעצן, און אויך פון ווייטן פּוילן אַפילו — יעדערער מיט זיין אויסשפּראַך, געזאַנג, געזעמל און האַוואַיעס.

אָט דער עולם — אַ שטאַרק־אָרעמער, אַן אַרומגעריסענער. ער גייט אַרום זיך שלעכט, זאָרגט וועגן זיך ווייניק, אָבער דערפאַר איז ער דער זאַך, צוליב וועלכער ער געפינט זיך דאָ און צוליב וועלכער ער איז געקומען אַהער, איבערגעגעבן; דערפאַר אָבער איז ער אויך אַזוי באַגייסטערט, אָט דער עולם, און אַזוי ווייט פאַרטאָן און פאַרשלונגען מיטן וועלן דערגרייכן דעם ציל, אין וועלכן ער איז פאַרגלייבט, אַז דער טאָג איז אים ווייניק, און אָפט איז ער אויך אין די ביינאַכטן אויף.

דער שול־בנין איז דעמאָלט שטאַרק באַלויכטן. איבער יעדער יוגנטלעכנס קאָפּ הענגט אַראָפּ אַ לאָמפּ פון דער סטעליע אָדער פון אַ זייטן־וואַנט, ↰ 34 ביי וועלכער ער לערנט. יענע, וואָס זיצן ווייטער פון די לאָמפּן, אין אַ ווינקל פאַררוקט, האַלטן ליכט אין די הענט, זייערע ספרים צו באַלויכטן.

די שיין דערום פילט אָן ניט נאָר דעם שול־בנין, נאָר שיינט אַרויס אויך אין דרויסן, און ביי אַ פרומען דורכגייער, אָדער ביי די, וואָס קוקן פון אַנדערע, נידעריקערע הייזער, אַרויף אַהער, צום שול־בנין, און זעען אים פון אַלע זייטן אַ פול־ליכטיקן — שאַפט ער אַ געפיל פון אַ לויכטנדיקן וואַך־אינדזל אינמיטן דער שטאָט־פינצטערניש; שאַפט אַ געפיל, אַז יאָ: ס׳באַוואַכט און ס׳באַזאָרגט דער שול־אינדזל אַ גאַנצע שטאָט אַ שלאָפנדיקע מיט ליכטיקער פאָרשטייערשאַפט פאַרן הימל און הימלשן באַזאָרגער.

בפרט, אַז דער פרום־גלייביקער גייט דאָרט דורך און הערט די יונגע קולות — די שרייענדיקע, בענקענדיקע, ברומענדיקע, און די אַסקעטיש־פאַרשמאַכטע ניגונים, פון ווייטן מזרח אַהער פאַרטראָגענע, ווי פון ערגעץ אַלדי רוחישע מזרחשע מולאַ־ און דערוויש־שולן; יענע ניגונים, דורך וועלכע אָט די יוגנט, וואָס האָט זיך פרייוויליק פאַרשלאָסן אין די ענגע פיר ווענט, אָטעמט און הויכט אויס איר נישט־באַפרידיקטע קערפּערלעכקייט אין אַנטציקט־עקסטאַטישע געשרייען, — שאַפט עס, זאָגן מיר ווייטער, ביי די פרומע פאַרבייגייער אַ געפיל, גלייך זיי וואָלטן צוגעקוקט, ווי יונגע קרבנות זיינען זיך אַליין פאַר עמעצנס זינדיקייט מקריב.

דאָס איז אייך איינע אַ שול.

און אָט איז אַן אַנדערע דאָ דערביי, ווי די „היציקע”, למשל, וואָס אַזוי רופט מען זי, ווייל היציקע, האַלב־דולע, שטאַרק־פרומע חסידישע סעקטעס, ווי קאָצקער, קאַרלינער, דאַוונען דאָרטן, ווילדעווען, דראַפּען זיך אויף די ווענט, לויפן אום, און זייער אינערלעכן רעליגיעזן ברען מיט אייגענע קולות קילן זיי.

אַנטקעגן דער „היציקער” — „די קאַלטע”.

אַ בנין, וואָס אַפילו זומער, אַז איר גייט אַהין אַריין, גייט אייך דורך אַ קעלט דורך די ביינער. אויך אַ צוויי־שטאָקיקער, אויך אונטן קראָמען, אויבן — זי.

שטאַרק־אָפּגעפּאָלירטע, גלאַטע פּאָרענטשעס, פון פיל הענט, וואָס האָבן זיך יאָרן ביי זיי געהאַלטן בעתן אַרויפגאַנג, פירן דורך אַ קאַלט־סקלעפּישן פּאָליש און דורך עטלעכע טרעפּ צו איר אַרויף.

אַ הויכע געבראָכענע סטעליע, אין פינפטן געטיילט. אונטער דעם פינפטן טייל, דער מיט, מיט הויכע זיילן אונטערגעשפּאַרט, איז דער באַלעמער. פון די פיר זייטן — קאַלטע, אויף שטריק אַראָפּהענגענדיקע הענג־לייכטער, וואָס ס׳דאַכט זיך, אַז נישט דער גאַז אין די לאָמפּן, נישט די ליכט אין די רערן לויכטן נישט, וואַרעמען נישט.

↤ 35

קאַלטע דאַוונער, טרוקענע למדנים, ליטוואַקעס. ס׳ווייעט פון זיי, פון זייערע תפילות און ניגונים, מיט עפּעס אַ סאָרט אָפּגעלעבטקייט און פּוסטקייט.

מ׳רופט זיי „די אבן־עזראניקעס” — אויפן נאָמען פונעם פאַר־מיטלאַלטערלעכן שפּאַנישן פּאָעט און פילאָסאָף, וואָס זיין ראַציאָנאַליסטישער גייסט האָט זיך דאָ, צווישן גרויסן געריכטן שול־רומל, ווי אַן אָפּגעזונדערטע קאַלט־פאַרלאָזטע נעסט, געפונען.

ווען ניט די שול־זאַכן אינעווייניק, ווען נישט דער אָרון־קודש, באַלעמער, בענק, שטענדערס, שאַפעס, ספרים, וואָלט מען סיי אויסערלעך סיי אינערלעך אָט דעם בנין גיכער פאַר אַ מין מצבה און „מויערל”־בנין געקאָנט אָננעמען...

און אָט איז „די אַלטע”.

די עלטסטע פון אַלע.

אַז איר גייט צו איר צו, זעט איר, אַז דער וועג צו איר אַריינגאַנג איז פון דורות אומגליקלעכע און פאַרפינצטערטע אויסגעטראָטן. גייט איר אין איר אַריין, פילט איר, אַז גאַנצע יאָרהונדערטן האָבן דאָרט געלאָזט זייער פאַרצאָרנטן און פאַרוויסטעטן אָטעם.

דער וועג צו איר טיר און פאַרביי איר גאַנצן פרונט איז מיט פּלאַטשיק־גאַנצע פּליטע־שטיינער געפלאַסטערט, אויסגעריבענע, איינגעטראָטענע און שוין דינלעכע.

די טיר, ווי אַ טויער די גרייס, פון אייזן געמאַכט, מיט קיילעכיקע גרויסע קעפּ־צוועקעס באַשלאָגן. אַ לאַנגער, היפּשפונטיקער שליסל פון אַן אַלטן מייסטער, מיט קונציק אויסגעביסענע ציין, שווער אַ צווייטן אַזוינעם צו געפינען, דרייט זיך עטלעכע מאָל איבער אין שלאָס־לאָך, און קיינער, אויסער דעם שטענדיקן שול־שמש, וועט אין ריכטיקן אָרט אַהין ניט אַריינטרעפן.

נאָכן טויער קומט איר אין אַ פּאָליש, אַ פינצטערלעכן, ווייניק פון דרויסן באַלויכטן, און נאָך ווייניקער פון די אייבערשטע פאַרשיידן־קאָלירטע טאַפליעלעך, וואָס איבער דער צווייטער טויער־טיר, וועלכע פירט אין שול אַריין.

אַז מע עפנט די צווייטע טיר, און איר טרעט אַריבער די שוועל, מוזט איר גלייך דעם קאָפּ און די אויגן אַרויף ווענדן. צי איר ווילט צי ניט, נאָר אַזוי האָבן די מייסטערס, דאַכט זיך, געוואָלט און אַזאַ כוונה אין געניי אַריינגעלייגט, אַז דער גלייביקער אַריינגייער, באַזוכער, זאָל באַלד, שוין ביים שוועל־אַרויפטרעטן, גלייך דעם קאָפּ אַ הייב טאָן, אַ קוק געבן און אַ טראַכט טאָן, אַז ס׳איז עמעצער העכער פון אים פאַראַנען, איבער אים, איבער זיין מזל, און די ערשטע רעליגיעזע ציטערניש זאָל אים אַדורכגיין, אַדורכנעמען.

די סטעליע — אַ הויך־רוימיקע, און אין צענטער, אַז מע קוקט זיך איין — אַן איבערראַשונג: אַ סטעליע אויף אַ סטעליע. ס׳אַ פאַרטיפונג, וואָס אויפן ערשטן בליק איז זי ניט צו מערקן.

די שול, די מזרח־זייט, באַזונדערס דער היפּש־ברייטער און ביז דער ↰ 36 העכסטער הייך אַרויפדערלאַנגענדיקער עמוד, איז מיט גאָלד־געפאַרבטע חיות, פויגלען, מלאכים, פרוכטן, בלומען, שפּיל־אינסטרומענטן און מיט געדריידלט־געפלאָכטענע צווייגלעך באַדעקט.

די ווענט און די סטעליע — אין אייל־פאַרב, און פאָלקס־פּרימיטיווע מייסטערס האָבן, וואָס זיי האָבן געהאַט פון זייער גלייביקער קונסט, אין גרויס נאַאיווקייט און אין קינדערשער פּשטות, דאָ אָפּגעגעבן. בילדער פון מיטאָס, פון לעבן פון די אָבות, ווי אברהם, למשל, ברענגט יצחקן צו דער עקידה; משה אויפן באַרג סיני מיט די לוחות; ווי יצחק ליגט שוין אויפן האָלץ געבונדן, און אברהם האַלט שוין גרייט דאָס מעסער, און דער מלאך באַווייזט זיך און האַלט אים אָפּ פון זיין איינציקן זון צו קוילען. משה מיט די לוחות, און אַרום אים דער רויכערנדיקער באַרג מיט די פייער־שטרייפלדיקע בליצן. דאַן דער עגל, דער משכן א. אַז. וו. און אַזוי אַלע ווענט, ביז דער סטעליע אַרויף, און אויך די סטעליע אַליין מיט אַזוינע בילדער.

דאַן — די בימה און מיט וואָס מ׳גייט צו איר אַרויף דורך היפּשע טרעפּ, און זי איז פון די פיר זייטן מיט קינסטלעכע פרוכט־ביימער פאַרשטעלט, פון וועלכע קינדער קאָנען די אויגן ניט אָפּרייסן, און אויך עלטערע גלייביקע מאַכט דאָס באַלעמער־פאַרשטעלטקייט זייער האַרץ פאָכען. דאָרט, אויבן, פלעגט אַמאָל, אויף וועמען מע האָט באַדאַרפט, דער חרם אויסגערופן ווערן; פון דאָרט האָט זיך אין געוויסע צייטן דער געוויסער שופר געהערט, ווען פון הימל אַ גזר, אָדער פון מלכות אַ גזירה; דאָרט האָט מען גרויסע פאָלקס־לייט נאָך זייער טויט באַוויינט און פון דאָרט האָט מען נייע פאַראָרדענונגען און באַפעלן פון קהל און פון „קיסר — ירום הודו” אַראָפּגעלייענט.

די שול איז אין דער אמתן ניט אַזוי גרויס, נאָר ווען ס׳איז אַ פייערונג, אַ שמחה, האָט זי באַוויזן די גאַנצע שטאָט N אַריינצונעמען, און, נאַטירלעך, אַ ביסל אויך נאָך אין דרויסן געלאָזט.

אַליין דער מיטלסטער קאָרפּוס, דאַן די צוויי אַלקערס פון רעכטס און לינקס, — און דאָס פאָלק האָט זיך געקליגט און זיך אַזוי ענג געשטופּט און אַזוי יעדן מינדסטן חלל אָנגעפילט, אַז ס׳איז שוין באמת קיין שפּילקע ניט געווען וואוהין צו וואַרפן. ווענט האָבן געשוויצט, און פּאָטיאָקעס האָבן פון זייער איילפאַרביקער גלאַטקייט, פון ענגשאַפט און היציקן אָטעם, גערונען. און אָט דער אָטעם אין שול האָט זיך געפילט אַפילו ווען זי איז ליידיק געווען, — דער אָטעם פון פיל מאָל דאָ געוועזענע גרויסע מאַסן, וועלכע האָבן אויף אַ געוויסן אופן געוויסע געשעענישן דורכגעלעבט.

די שול איז פאַר מאַנצבילן באַשטימט, און פאַר ווייבער — אויף אַ שטאַרק־הויכן עטאַזש, אין אַלע דריי זייטן, גאַלערייען מיט גראַטעס, אַזוי אַז די מענער פון די פרויען זיינען שטאַרק אָפּגעטיילט.

אָבער געווען צייטן, ווען די ווייבער פלעגט אויך דערלויבט ווערן אונטן ↰ 37 אַראָפּגיין און אַן אַנדערש מאָל, נישט דערלויבט, נאָר די ווייבער האָבן זיך אַליין די דערלויבעניש גענומען: זיי זיינען אַריין, אַ צעהיצטע, ווילד־פליענדיקע מחנה, מיט היסטעריש־אויפגעפּראַלטער העזה צום אָרון־קודש צו, אים צעעפנט און אַהין מיט אַזאַ ווילדן יאָמער זיך געריסן, וואָס מאַנצבילן פאַרמאָגן ניט אַזוינעם, — ווען ווידעראַמאָל אַ גזר — רעקרוטשינע, „פּאָימעניקעס”, כאַפּערס — און ווען אויף שטאָט אַן אומגליק, אַ שלאַפקייט, אַ כאָליערע, אַ מגפה, למשל.

די שול איז נישט נאָר אויף געוויינלעכן דאַוונען. דאַוונען דאַוונט דאָרט אינדערפרי און אויפדערנאַכט נאָר אַן איינציק געציילטער מנין. לערנען לערנט מען דאָרט ניט. נעכטיקן — אוודאי ניט: מע טאָר נישט. נאָר דער עיקר איז זי פון אַלע שולן די שול, פון אַלע גאָטס הייזער אין N דאָס איינציקע גאָטס הויז, וואָס דאָס פאָלק האָט דעם אין גרונט אַ לעגענדע וועגן אירן אַ הייליקן אַוועקגעלייגט, וואָס דערפאַר, וואָס ער האָט אויף יענעם אָרט געליטן פאַר דער אמונה און גרויס גבורה און מסירת־נפש אַרויסגעוויזן, דערפאַר איז דאָס אָרט דער הויפּט־זוכה, דערפאַר מיט לעגענדע־לופט איינגעהילט, דערפאַר האָט דאָס פאָלק זי אַלע צייטן און אויף אַלע טעג פאַר אַלעמען פאַרשלאָסן און פּוסט געלאָזט, און נאָר אין פייערלעכע אויסגענומענע מאָמענטן גרייט אירע טירן פאַר יעדערן צעעפענען, און — נאָכאַמאָל — דערפאַר איז זי בייטאָג פּוסט, און ביינאַכט, לויטן גלויבן, פאַר נשמות פון געשטאָרבענע אַ זאַמלפּונקט, און דערפאַר גייט מען און מע האַלט זיך, ווער ס׳דאַרף ביינאַכט, פונדערווייטנס פון איר, און דערפאַר איז אַליין אַפילו דער שמש, איידער ער עפנט זי אויף אינדערפרי, קלאַפּט ער פריער אָן אין דער טיר, — וועמען מע דאַרף, פון די ביינאַכטיקע נשמות, וואָס קלייבן זיך אַהין, וועגן זיין אָנקומען צו וויסן געבן...

זי איז הויך, די שול, דער העכסטער בנין פון שטאָט, העכער פון איר טאָר מען, לויטן מנהג, קיינעם ניט לאָזן זיך בויען. דער איינציקער בנין, וואָס קאָנקורירט יאָ מיט איר אין הויכקייט, איז דער קלויסטער פון שטאָט, אָבער יענער איז קיין בנין, יענער גייט אין חשבון ניט אַריין, יענער איז פון פרעמדן פאָלק און פרעמדן מלכות. און אַ פרעמדן, בפרט, ווען יענער איז דער שטאַרקער, מוז מען, ווי באַוואוסט, דאָך נאָכגעבן...

דאָס איז די אַלטע שול.

דאַן קומען די שולן פון פאַרשיידענע באַלמעלאָכישע פאַכן, סוחריש־הענדלערשע בראַנזשעס, פון פרומע און וואוילטעטיקע חברות און אינסטיטוציעס — שולן פון שוסטער, שניידער, שמידן, סטעלמאַכעס, קצבים; שולן פון תבואה־הענדלער, מוכרי־פּירות, דאָנער (פאַר די, וואָס פאָרן אויפן דאָן), מאָסקווער, דאַנציקער, ביקור־חולים א. אַז. וו., פון אַנדערע חברות און חסידים־סעקטעס, — און דאָס אַלץ אויף איין אָרט, איינס לעבן אַנדערן, איינס אונטער ↰ 38 און איבער דעם אַנדערן, און איצט, ביינאַכט — איז איינער אַ שול איינע נאָר אַ ליכט לויכט זיך, אין דער אַנדערער — קיין ליכט, אין דער דריטער פיל ליכט; אין איינער קיין נאַכט־לערנער, אין דער צווייטער — איינער אָדער צוויי לערנער, און אין דער דריטער פיל לערנער, — און די אַלטע שול מיט איר הויכער פינצטערקייט, פאַרשלאָפנקייט, מיט איר געפלאַסטערטן צוגאַנג — און שטומע טירן — איבער זיי אַלע, שטייט און דעקט זיי, שטייט און דרעמלענדיק וואַכט איבער זיי.

אַ פרעמדער, זאָגן מיר, ווען ער טרעפט אַהער ביינאַכט, פון דעם מאַרק־טייל אָנקומענדיק, וואָלט גלייך דערזען די סטרוקטור און לעבנשטייגער פון דער N־ער עדה: דערזען, אַז דער מאַרק איז איר לעבנס־צענטער, און אַז איר גאָט היט איר קעשענע... זי, די עדה אַליין, וואוינט אין זייטיקע פאַררוקטע געסלעך, און זיי, די געסלעך, מיט די שלאָפנדיקע איינוואוינער אין זיי, זעען אויס, ווי ניט דער עיקר צו זיין, נאָר ווי אַ צוגאָב צום עיקר, צום מאַרק, וואָס האָט זיי נעכטן געשפּייזט און מאָרגן דאַרף ער זיי ווייטער שפּייזן. און כדי ניט צו לאָזן דעם מאַרקס נעכטיקן אומרו אינגאַנצן זיך אויסוועפּן און אים אין מאָרגעדיקן ווידער־אומרו צו דערמאָנען, האָבן זיי אים, אין די רו־שעהן, שומרים אַוועקגעשטעלט, און אויך דעם גאָט זייערן, — ער זאָל ניט שלאָפן און נישט דרעמלען — האָבן זיי די יינגסטע קינדער זייערע אין די שולן וואַך געלאָזט, זיי זאָלן אים פון אַלטקייט און צו זיין באַרוף וועקן.

און נאָך וועלן מיר צוגעבן: אַז ווען דער פרעמדער וואָלט ביי יענע שול־בנינים, זאָל זיין זומער אָדער ווינטער, די נאַכט איבערגעשטאַנען און אויף טאָג זיך דערוואַרט, וואָלט ער דערזען, אַז ווען דער טאָג דאַרף איבער יענע מקומות אַן אויג עפענען, עפנט ער, אָבער באַלד מאַכט ער עס צוריק צו... און נישט נאָר דערפאַר, ווייל ס׳איז נישט איבעריק זויבער דאָרט, און אויך נישט, ווייל צופעליק און ציגיינעריש־טאַבאָריש די הייזער דאָרט צעשטעלט. ניין, דער עיקר דערפאַר, ווייל אַ פאַראורטיילטקייט און עפּעס אַ בראָך־פאָרויסזאָג הענגט איבער יענעם אָרט, — איבערן גאַנצן, איבערן מאַרק, ובפרט אויף יענע שול־בנינים, וואָס, כלומרשט, זיינען זיי די היטער, כלומרשט — די וואַך און באַזאָרגער פון דער עדה, אָבער אין דער אמתן איז אַ ווילד רחמנות שוין היינט אויף זיי צו קוקן, און אויף מאָרגן, ווער ווייסט, — מעגלעך, אַז ס׳וועלן אויף זיי שוין פאַרזשאַווערטע געדעכעניש־שלעסער הענגען; מעגלעך, זיי וועלן אויפן אַאוקציאָן פאַרקויפט ווערן, מעגלעך (ווען קיינער וועט זיי ניט קויפן) וועלן פון אַלטקייט צעשיט ווערן, און, אין בעסטן פאַל מעגלעך, אַז אַנדערע צייטן וועלן קומען און וועלן זיי צוליב אַנדערע, גאָר אַנדערע צוועקן באַנייען...

אַלץ מעגלעך... דער טאָג אָבער, אַז ער עפנט, סוף־כל־סוף, דאָס אויג, דערזעט ער: ↰ 39 אַ גרויסע שטאָט איז דורך אַ טייך אין צוויי טיילן צעטיילט. דער טייך איז ביי די ברעגעס מיט אַלט־דורכגעפוילטע שטאַמען און מיט געדיכטע קרוינען פון וויידנביימער באַשטעלט. די ביימער — מיט די פיס אין טייך, און מיט די קעפּ דעקן אים איבער און מאַכן זיינע וואַסערן טונקל־גרינלעך — אַ באַהעלטעניש פאַר פיש, פרעש, שלענגלעך און פאַר פאַרשיידענע וואַסערגעוויקסן און אַנדערע ווידמונגען.

איינצעלנע אַלטע פישער, אויף שיפלעך אינמיטן טייך, וואַרטן גאַנצפרי אויף די נעצן אָדער אויף די ווענטקעס, וואָס זיי האָבן פאַרוואָרפן, זיי זאָלן פאַר זייער פאַרטאָגיקן פישער־געדולד מיט הי־טייכיקן קליין־פישלדיקן פאַנג־לוין באַלוינען.

הערטלעך קאַטשקעס און גענדז, יעדעס הערטל פון איינעם אַ פאָרויסשווימענדיקן קאַטשער אָדער גאָנער אָנגעפירט, שווימען שטיל די ברייט פון טייך, פון ברעג צו ברעג, אַריבער.

אייניקע וועשערינס וואַשן שוין זייער גרעט ביים ברעג, און דער אָפּהילך פון שווענקען און פּראַטשען איז אַזאַ נישטיקער, וואָס טוט אַפילו די נאָענט־שווימענדיקע פיש ניט שרעקן.

ס׳איז אַ פאַר־זון־אויפגייענדיקע שיין מיט ביימער־איבערגעבויגנקייט און נאַכט־שאָטנס איבערן טייך.

נישט ווייט פון טייך־פלאַך — באָדנדיקע לעוואַדעס, וועלכע זיינען פון פרילינגנדיקן געוויסער אויפן גאַנצן זומער ערטערווייז נאַס, פייכט פאַרבליבן: גרינע, מיט הויכן זשאַווער און מיט פיל געלע קעפּלעך פון בלאָז־בלומען באַדעקט.

אויף די לעוואַדעס איז זעלטן־ווען עמעצן אין אָט דער צייט צו זען, אויסער אַ פאַרדעכטיקע גרופּע פּאַרשוינען אַמאָל, וואָס קומען אַהער וועגן זייער אַ פאַרדעכטיק־פאַרטראַכטן ענין ווען אַרומרעדן, אָדער מיט די זאַכן פון אַ שוין דורכגעפירטע גנבה זיך צו צעטיילן.

העכער די לעוואַדעס, פון ביידע זייטן טייך, — די שטאָט, וואָס אירע ביידע טיילן זיינען פאַראייניקט אַ נידעריקער פון דער הרעבליע, וואו דער טייך איז שמאָל, מיט אַן אַלטמאָדישער „קלאַדקע”, וועדליק אויף דריי־פיר מענטשן אין דער ברייט, און העכער דער הרעבליע, וואו ס׳איז ברייט דער טייך — מיט אַ היינטצייטיקן שוין בריק, אַ הילצערנעם, אָבער שוין אַ גאַנץ ברייטן, אויף היפּשע קלעצער געבויט, מיט אַ פאָר־פּלאַץ פאַר צוויי פורן הין־און־הער, און אויך מיט זייטן־וועגן פאַר צופוסגייער ביי די פּאָרענטשעס.

דערווייל שלאָפן נאָך די ביידע בריקן, און ס׳איז אויף זיי קיינעם ניט צו מערקן. און נישט נאָר זיי, נאָר די גאַנצע שטאָט שלאָפט נאָך.

די איינציקע, צוערשט דערוואַכנדיקע, וואָס דער טאָג דערזעט אין שטאָט, זיינען:

↤ 40

1) דער עלטסטער רב פון שטאָט. דער גרייז־גראָער, מיטן למדניש־חריפישן פּנים, קלוג און פּאָליטיקאַניש. ער שטייט אויפן הילצערנעם גאַנעקל פון זיין צוויי־שטאָקיק הייזל, וואָס געפינט זיך אויפן פּלאַץ פון דער אָפענער שול, אויף איר קעגנאיבערדיקער זייט.

נישט ווי געוויינלעך, און נישט ווי אַנדערע פון זיין גראַד, וואָס זיינען אינדערפרי אין אַ כאַלאַט אָנגעטאָן. ניין. ער — אין דער שוואַרצער קאַפּאָטע שוין, שטאַרק זויבער, און וועדליק פאַר זיינע יאָרן, נאָך זייער טשעפּקע, *) — שטייט און תמיד פאַרשטעלט ער מיט דער רעכטער לעפל־האַנט די אויגן און דעם שטערן פאַר דער שיין.

ער פעדערט זיך דער ערשטער, — אָדער, ווי מע דאַרף רעכענען, מחמת עלטער, אָדער מחמת, ווי די שטאָט זאָגט און האַלט, מחמת זיין שאַרפן קאָפּ און לעבעדיקע געדאַנקען, וואָס לאָזן אים ניט רוען און הייבן אים תמיד פאַרפרי פון בעט אַרויס.

דאָס איז ר׳ דודי, וועלכער איז דער גאַנצער שטאָט באַוואוסט, פאַר וועלכן אַ געגנט גאַנצע האָט דרך־ארץ, און וואָס אויך אויסער זיין געגנט שמט ער שטאַרק אַלס לערנער, אַלס גרויסער בעל־חשבון און אויך אַלס בעל־מדקדק גרויסער.

ער אָטעמט מיט דער ערשטער לופט פון טאָג, ווען קיינער איז נאָך אויפן גאַס ניטאָ, ווען די זון איז נאָך אויפן הימל ניט אַרויס, ווען אַלע שלאָפן נאָך, און ווען אַפילו „די אָפענע”, פון וועלכער די גאַנצע נאַכט האָבן זיך געהערט די געוויסע קולות, איז איצט איינגעשלאָפן, ווייל אירע לערנער זיינען מיד, און זעלטן־ווען, אין אָט־דער צייט, באַווייזט זיך עמעצער אַן אַריינגייער אָדער אַרויסגייער אויף איר טיר.

2) — דער צווייטער — יאַנאָווסקי, דער פּוילישער דאָקטער.

אויך אַ זקן, מיט אַ באָבישן גאַנג און מיט אַ ליימיקן בליק שוין, מיט צוויי שטאַרק־ווייסע באַקנבאַרדן און אינמיטן פראַנץ־יאָזעפיש אויסגעגאָלט.

ער איז סטאַראָסטע אין פּויליש־קאַרמעליטישן קלויסטער, וועלכער געפינט זיך אויף דער צווייטער זייט מאַרק; פון יענעם קלויסטער, וואָס אויפן פראָנטאָן פון זיין אַריינגאַנג-טויער אויבן איז אין אַ האַלב־קיילעך דער באַרג כרמל אויסגעמאָלט, אליהו הנביא, איינגעהילט אין אַ רוימישן מאַנטל, זיצט ביי זיין צופוסנס, און פויגלען איבער זיין קאָפּ טראָגן, ברענגען אים שפּייז אין די שנאָבלען...

*) ציכטיק.

ער, יאַנאָווסקי, קומט דער ערשטער גלייביקער פאַרטאָג, די ערשטע תפילה אָפּצוריכטן אין יענעם קלויסטער, וואָס אין דער אַלטער פעסטונג, ↰ 41 וועלכע איז אַ נשאר און אַן אַלטע דערמאָנונג פון קאָזאַקישע אויפשטאַנדן פון כמעלניצקיס און גאָנטעס צייטן.

זי איז שוין אַלט, די פעסטונג, מיט משופּע, ניי־צוגעבויטע פּידמורקעס אונטערגעשפּאַרט. אויף די ווענט, סיי אויף די אַלטע, סיי אויף די נייע, וואַקסן ווערבעס. די האַרמאַטן און שאַנץ־לעכער דינען פאַר נעסטן פאַר די פויגלען. און דאָס איינציקע לעבעדיקע, וואָס איז איר פאַרבליבן, איז איר הויף, וואו דער פייערלעשער־טורעם געפינט זיך, און אויך דאָס אַלטע, רויט־דעכלדיקע קלויסטערל, פון גאָטישן סטיל, וואָס קלינגט אויף ניי־גוואַלד בעת אַ שרפה, און זיין שוואַרצער זיך־הוידענדיקער גלאָק דינט אַלס שטאָט־זייגער צו וויסן געבן דער שטאָט אירע פערטל, האַלבע און גאַנצע שעהן.

יאַנאָווסקי איז תמיד, סיי ווינטער, סיי זומער, דער ערשטער אין גאַס. נאָר צוקומענדיק צום שטענדיק אָפענעם טויער פון קלויסטער, וואָס צום גאַס אַרויס־צו, טרעפט ער זיצן ביי די ביישטידלעך, ווי נאָך פון נעכטן און אייערנעכטן פאַרגליווערטע, אַ פּאָר אַלטע פּוילישע זקנות, וואָס זעען אויס, מיט די אַריבערגעצויגענע קליידער איבער די קני, ווי סטאַטועס אין קלויסטער־נישעס; זיי זיצן אין דער באַוואוסטער קאַטויליש־קנעכטישער הכנעה, די אויגן צו דער ערד אַראָפּגעלאָזט, בעטלען, קיין וואָרט נישט אַרויסלאָזנדיק.

יאַנאָווסקי גיט עפּעס אַמאָל די בעטלערינס, אָדער גיט ניט, נאָר אַלנפאַלס איז ער תמיד דער ערשטער, פון וועמען זייער בעטלערישער אָנהייב־טאָג דערוואַרט עפּעס.

און אָט אַזוי איז יאַנאָווסקי דער ערשטער, וואָס קומט מיט זיין שווער־באָבישן גאַנג און מיט זיין ליימיקן בליק צו וועקן דעם פּוילישן גאָט פאַר דער קליינער פּוילישער עדה, וואָס אין דער שטאָט, און ר׳ דודי — דער ערשטער, וואָס דערוואַכט פאַר זיין גרויסער און כמעט הונדערט־פּראָצענטיקער שטאָט־עדה.

און באַלד דערנאָך, — נאָכן דערוואַכן און אויפשטיין פון די אויבן־דערמאָנטע, — דערוואַכט אויך די שטאָט: — מיטן גרויסן פּלאָנטער גאַסן, ליקן און ליקלעך, ניט איין און ניט אויס, וואָס ניט געקוקט דערויף, וואָס זיי האָבן (קיינער געדענקט ניט) דאָס וויפלטע מאָל שוין אָפּגעברענט, דאָך ווערן זיי פון די זעלבע איינוואוינער, פון די זעלבע באַלעבאַטים, אין זעלבער ענגשאַפט צוריק אויפגעשטעלט און באַנייט, אויף ווידער און נאָכאַמאָל, אין איינעם אַ טאָג, אָדער נאַכט, מיטן פייער אַוועקצוגיין.

זי דערוואַכט, די שטאָט — יענער טייל, דער צווייטער רינג, וואו דאָס רוב באַפעלקערונג געפינט זיך — אונטער די מערסט דראַניצענע און שינדל־דעכער און מיט ווינציק בלעך, מיט די מערסט נישט־געברוקירטע גאַסן, ווי מיט געברוקירטע, מיט די קאַרליקעוואַטע הייזלעך, נידעריקע, וואָס אַ געוויינלעך־וואוקסיקער מענטשן קאָן מיט דער אויסגעשטרעקטער האַנט צו זייער הייך ↰ 42 דערלאַנגען; מיט דער אָנגראָזיקער, אויסגעטריקנטער ערד אין די הייפלעך, וואו אַ ביימל איז אַ גאַסט, און וואו אַ סעדל — אַ זעלטנקייט; מיט די נידעריקע פּאַרקנס און פּלויטן, דורך וועלכע איין הייזל און איין הייפל־אייגנטימער קוקט פריי אַריבער צום אַנדערן, וואו באַשטענדיק קריגט זיך אַ הויף מיט אַ הויף, אַן איינוואוינער מיט אַ צווייטן, און די גאַנצע גאַס, אָדער געסל, נעמט, מחמת צו־גרויסער נאָענטקייט, אָנטייל אינעם קריג.

ס׳דערוואַכט יענער טייל, וואָס ווען מע וואָלט אַ קוק געטאָן אויף זיין קאַרטע־פּלאַן, וואָלט מען קיין הענט און קיין פיס, קיין אָנהייב און קיין סוף ניט געפונען, נאָר אַ געמיש און אַ געדריי, אַן איבערפלעכט פון שורהלעך און ווירעלעך און משוגע־מאָדנע אַראַבעסקן. און נאָר אינמיטן געדיכטעניש, ווי אין אַלע פון זעלבן מין שטעטלעך, וואָלט מען קליינע פּלעצער איינקויף־מערק, ווי דער פיש־ און פלייש־מאַרק א. אַ., געטראָפן, וואוהין ס׳לאָזט זיך גלייך דער אויפגעוואַכטער באַלעבאָסטע־עולם פון אַלע עקן — צום פלייש־מאַרק, למשל, וואו קצבים האַקן שוין אויף די קלעצער דאָס פלייש, גרייטן זיך צום טאָג־פאַרקויף, און הינט טשאַטעווען דערביי אויף באַקומען צוגעוואָרפן שטיקלעך פלייש, ביינדלעך פון די העקער.

ס׳שטעלט זיך דער טאָג מיט אַן אַלט־איינגעפונדעוועטן שטייגער: מיט געשטעלטע סאַמאָוואַרן, מיט איינגעהייצטע אויוונס, מיט רויך, וואָס איין הויף טוט אָפּלאָזן דעם אַנדערן און אים באַשמעקן...

ס׳שטעלט זיך דער טאָג טומלענדיק, מיט אויפגעפּראַלטע צעעפנטע לאָדנס, טירן, קאַמערן און שטאַלן. אָפט, פון גאַנצפרי, שוין מיט ווייבערשע קריגערייען. דאַן מיט נייס, וואָס נעכטן פאַר דער נאַכט איז זיך פאַרלאָפן — אַן אומגליק אַמאָל.. אין אַ נאָענטער שטוב, אָדער געסל, איז עמעצער, שוין פון לאַנג אַ חולה, פּלוצים געשטאָרבן: אָדער ביי עמעצן, פאַרקערט, אַ שמחה: אַ ווייב איז געלעגן געוואָרן, אַ קו האָט זיך געקעלבט. ווייבער האָבן קיין צייט ניט, אָבער מע זאַמלט זיך רעדלעך, און איילנדיק און נאָך האַלב ניט געוואַשענע, טוט מען זיך אויף גיך טיילן מיט נאַכט־נייס.

עס שטעלט זיך דער טאָג מיטן רויש פון די איינקויף־מערק, פון די פלייש־פיש־מעל־גרויפּן־הענדלער, וואָס רופן אויס הויך אויף זייערע סחורות, און פון די קונים, וואָס שטופּן זיך צום קויפן, קלייבן איבער און דינגען זיך הויך און איבערשרייעריש; פון קולות פון קליינע קינדער, וואָס ווערן אָפט פון מוטערס אין די איינקויף־מערק מיטגענומען און וואָס אין מאַרק־טומל צעוויינען זיך; פון הינט, וואָס דרייען זיך פאַר די קונימס און קויפערס פיס, — זיי כאַפּן אָפט אַ מיאוסן זעץ, אַמאָל איבער אַ פוס, אַמאָל איבערן רוקן מיט אַ שווערער זאַך, און פון ווייטיק צעקוויטשען זיי זיך; פון בעטלער קאַליקעס, וואָס אויך זיי געפינען זיך שוין פון גאַנצפרי אין מאַרק, און יעדער בעטלער קאַליקע דופט אויף זיין פעלער אויס — אַ בלינדער, אַ קרומער אָדער אַנדערע חסרונות, ↰ 43 און דערוועקט רחמנות מאַרקישן מיט קולי־קולות; פון גנבים, וואָס מאַכן אָפט אומזיסט אַ ליאַרעם, אַן ענגעניש און שטופּעריי, כדי אין געדיכטעניש צו פרעמדע בייטעלעך און קעשענעס זיך גרינגער דערקלייבן; פון משוגעים, וואָס נעכטיקן, שטענדיקן און האַלטן זיך אויף אין מאַרק, — ביינאַכט שלאָפן זיי ביי די שטעלעכלעך, און אינדערפרי, מיטן ערשטן רויש פון מאַרק, קומט אָן זיי שוין דאָס ערשטע משוגעת, און זיי געפינען די ערשטע בעלנים שוין אויף זיי צו באַדויערן און פון זיי די אַרומרינגלענדיקע רעדלעך אָפּצוטרייבן, אָדער אַנדערע — אויף זיי נאָך מער און אויפן גאַנצן טאָג צו צערייצן.

אַ פרעמדער, זאָגן מיר ווידער, ווען ער וואָלט אין אָט דעם טייל, אין צווייטן רינג פון N אָנגעקומען אין אַ פרימאָרגן, וואָלט ער געזען דאָס, וואָס האָט זיך דעמאָלט געלאָזט זען אין אַזוינע טיילן פון אַלע ענלעכע אַזוינע שטעט אַ שטופּ־ און מאַרק־טומל, גאַסן און הויפן־קויט, זעלטן אַ געסל, וואו דאָס אויג זאָל האָבן זיך אָפּצושטעלן אויף גרינס, אויף אַ בוים, אויף גראָז, אויף זויבערקייט, און דער אויער זאָל פון שטילקייט פאַרגעניגן קריגן.

ער וואָלט אויך געזען: ווי די גאַנצע אַרכיטעקטור פון שטאָט איז חוזק. וועגן די „בעסטע” בנינים האָט מען, אין בעסטן פאַל, געקאָנט זאָגן „טאַנדעט”, און ניט אין בעסטן פאַל — פיל ערגער.

אַלטע לייט וואָלטן אים אָנגעוויזן אייניקע גאַסן, געסלעך, וועלכע האָבן זיך מיט אַ נס פון די עלטסטע שרפות געראַטעוועט, און דער פרעמדער וואָלט באַמערקט, אַז די נייע גאַסן, די, וואָס פון נאָך די שרפות, שיידן זיך מיט גאָרניט אָפּ פון די אַלטע: די זעלבע פּלאַנלאָזיקייט, די זעלבע ענגשאַפט. פּיצעלעך הויפעלעך, און ווידער שטוב צו שטוב, דאַך צו דאַך, כדי זיי זאָלן איינער ביים אַנדערן, ווען די צייט וועט זיין — בעת אַ שרפה — אַמשנעלסטן קאָנען פייער אַנטלייען.

ער וואָלט אויך געזען, אַז נישט געקוקט אויף די שרפות, איז די שטאָט אין משך פון אַ געוויסער צייט דאָך שטאַרק אויסגעוואַקסן.

שטאָט־לייט וואָלטן אים אָנגעוויזן דעם אַלטן בית־עולם, וואָס געפינט זיך איצט אינמיטן שטאָט, און וואָס פריער איז ער, ווי דער מנהג איז אָרט אויף „פעלד” צו פאַרנעמען, געוויס אויסער שטאָט געווען — און דאָס וואָלט אים געדינט אַלס ערשטער באַווייז פון דער שטאָטס וואוקס. און ווען דערנאָך וואָלט ער אַליין טאַקע אויפן בית־עולם אַרויפגעקומען, וואָלט ער אין דעם קליינעם פירעקעכיקן פּלאַץ, מיטן פּאַרקן פון אַלע זייטן אַרומגענומען, געזען, אַז די שטאָט איז מיט אייניקע הונדערט יאָר צוריק באמת טאַקע זייער קליין געווען, אַזוי אַז אָט דער קליינער פּלאַץ האָט איר נאָך דעמאָלט אויף אירע ווייניקע באַגרעבעניש־באַדערפענישן גענוגנט. נישט ווי איצט, וואָס דער פּלאַץ איז אַזאַ גרויסער.

יאָ, די שטאָט איז אויסגעוואַקסן. פון די אויפשריפטן אויף די מצבות ↰ 44 אָבער, וואָס אַ גרויסער טייל פון זיי האָט זיך נאָך איינגעהיט און לאָזט זיך נאָך פריי לייענען, ווען ער וואָלט זיי פאַרגלייכט מיט די מצבה־אויפשריפטן פונעם נייעם בית־עולם, וואָלט ער געזען און אָפּגעלערנט, ווי ווייניק דאָס איצטיקע פון דעמאָלטיקן האָט זיך געביטן: דער זעלבער נוסח, די זעלבע מצבה־שפּראַך און טיטולן און אויך אַלץ־איינע, דאַכט זיך, מענטשן זיינען אויף די ביידע באַהאַלטן.

„פּ״נ” (דאָ איז באַהאַלטן) — וואָלט ער אי דאָ, אי דאָרט, מיט קליינע נאָר ענדערונגען אין די יאָרן און דאַטעס, געלייענט:

„מקובל צעיר בן כ״ג שנה”” (אַ יונגער מקובל פון דריי און צוואַנציק יאָר).

„פּ״נ” — וואָלט ער אי דאָ אי דאָרט ווייטער געלייענט — אַ באַוואוסטער רב — „אב״ד ומ״צ ששמש בכתר הרבנות שלושים שנה”... (וואָס האָט געטראָגן די רבנישע קרוין דרייסיק יאָר), א. אַז. וו.

אגב, וואָלט ער באַמערקט, אַז אויפן נייעם, ווי אויפן אַלטן — די זעלבע גרופּעס באַרג־ביימלעך, וואָס זייערע צווייגלעך שטעכן זיך, ווי דערנער; אויף די עלטסטע קברים פון די חשובסטע פון דער עדה אין דער נייער צייט — די זעלבע הויך־אַרויפגעוואַקסענע לינדנביימער, מיט די פיל קראָען־נעסטן, ווי אויף די קברים פון די חשובסטע פון דער אַלטער צייט.

אַזוי, אַז איין בית־עולם אויפן אַנדערן, אויסער אין די מאַסשטאַבן, איז אין אַלץ ענלעך, און אַזוי אויך אויסערן בית־עולם, אין דער שטאָט דער לעבעדיקער — נישטיקע גאָר ענדערונגען וואָלט ער באַמערקט...

* *
*

דער דריטער דינג — דאָס איז די ראָד, וואָס רינגלט קיילעכיק אַרום די שטאָט. דאָס זיינען פאָרשטעט, ווי די פּאָפּיווקע, פּייגעריווקע, קאַטשעניווקע א. אַז. וו. — בערגיקע, טאָליקע, ליים־ און זומפּבאָדן־ערטער.

אייניקע ערטער באַזעצט מיט מענטשן, ווי מיט מאָן, אַ הייזל אויף אַ הייזל, אַ חורבה לעבן אַ צווייטער, קיין סימן פון גאַס, קיין זכר פון טראָטואַרן — קויט, שמוץ שטענדיקער, און קיין גראָז וואַקסט קיינמאָל.

אין אַנדערע — די הייזער שוין שטאַרק ווייט איינס פון אַנדערן, צווישן הויז און הויז — אַ היפּשע שטרעקע, ס׳שמעקט שוין מיט אויסער־שטאָט, מיט כוטאָר־שטילקייט.

אין דריטן רינג — די גרעסטע אָרעמקייט, וואָס מע קען זיך נאָר דענקען.

דאָס רוב הייזער האַלטן זיך מיט אַ נס: מיט קרומע, שטענדיק שימלדיקע נאַסע ווענט אינעווייניק, אויסערלעך — ניט געשמירט, דעכער — לעכערדיקע, אויף האַלב און פערטל מיט גאָרניט, אָדער שלעכט געדעקטע. דאָס רוב קינדער טראָגן קיין העמד אויפן לייב, עלטערע — טראָגן צעריסענע, צעפּיצלטע, ↰ 45 געלאַטעטע. שמוץ און קבצנות גייט דאָרט איבער בירושה, און קיינער טרוימט שוין אַפילו ניט פון אָט דער ירושה זיך צו באַפרייען.

דאָרט — אי דאָס אָרעמסטע, אי דער אָפּפאַל פון שטאָט.. לעצט־סאָרטיקע, קאַליקעוואַטע באַלמעלאָכעס לאַטוטניקעס, אַזוינע, וואָס ס׳ווערט זיי אַפילו קיין טאַנדעט־אַרבעט ניט געגעבן, וואָס זיינען פייאיק נאָר די שטאָטישע און פאָרשטאָטישע קבצנישע שיך און בגדים צו פאַרלאַטען.

דאָס איז דאָס רוב איינוואוינער דאָרט.

דאָרט אויך — שמאַטע־קלייבער, הייזער־גייער און פּראָפעסיאָנעלע שלעפּער; קאַטערינשטשיקעס, אָרעמע טרעגער, דינסט־ און אַם־מעקלער און מעקלערינס, און לסוף — פריי און הפקר־יונגען און מוידן, גנבים, טרעפערינס, קאָרטנוואַרפערס און פריילעכע נקבות.

דאָרט — דער עולם פון שטאָטישן קהל אַרויסגענומען, אָפּגעזונדערט און דערווייטערט: די מנהגים די זעלבע, אָבער געזעצן נישט די זעלבע, וואָס אין דער שטאָט.

דער גאָט פון N האָט דאָ, ווי די ווישקעס נאָכגעלאָזט; דער עולם דאָ גייט שלעכט אין פאָלקס־וואָגן געשפּאַנט, און אַ גרויסער טייל שטייט דאָ אינגאַנצן, ווי אויסערן שפּאַן.

דאָ האָט איר געקענט אין אַ מיטן העלן זומער־טאָג טרעפן אויף אַ זאַמד־פּלאַץ אַ גרופּע יונגען ליגן אָדער זיצן — שפּילן אין קאָרטן אָדער אונטערן פרייען הימל אַ סעודה פּראַווען.

דאָרט האָט אַ שטאָט־מענטש אַמאָל געקאָנט זען אַ בילד, וואָס ער וואָלט אין שטאָט אויף זיין לעבן ניט געזען: אויף אַ פּוסטן פּלאַץ אַ מאַנספּאַרשוין, ניט יידיש געקליידט, אַ קורץ רעקל, די הויזן אין לאַנגע שטיוול מיט לאַקירטע כאָליעוועס, אין אַ העמד, מיט פּויערשע קענטעלעך גענייט איבער די הויזן, אין האַנט אַן אָקסישן גיד, שטייט מיט אַ פרוי, אין אַ שאַל אַן איינגעהילטער, פון דער שאַל קוקט אַרויס אַ יונג פּנים, אַ שיינס, אָדער — אויב זי איז צו אייך מיטן רוקן געווענדט — אַקסל קיילעכיקע, פולע.

זיי שטייען פריער שטיל. האָבן צווישן זיך, ווי עפּעס וועגן וויכטיקס איבערצורעדן. דער מאַנצביל, זעט מען, האָט די פרוי פון שטוב אַהער אַרויסגערופן, ווייל דער געשפּרעך דאַרף דאָ זיין אַן ערנסטער.

זי קוקט צו דער ערד עפּעס שולדיקלעך. ער — פּאַטשט מיטן גיד זיך איבער דער כאָליעווע, קוקט אויף איר, און פון דער גרויסער אָפּגעזונדערטער שטילקייט, וואָס הערשט אַ צייט צווישן זיי ביידע, דערהערט זיך מיטאַמאָל אַ מוראדיקער קוויטש: דאָס האָט דער מאַנצביל מיטאַמאָל, מיט דער גאַנצער קראַפט, דער פרוי מיטן גיד איבערן פּנים דערלאַנגט.

נאָכן קוויטש — ווייטער שטיל... די פרוי אין גרויס הכנעה. זי האָט זיך פון ווייטיק נישט געקאָנט איינהאַלטן און האָט אויסגעשריען, אָבער באַלד ↰ 46 איז זי צום זינען געקומען, האָט זיך דערמאָנט אין איר אומבאַשיצטקייט, אַנטשוויגן געוואָרן, און די ווייטער־קומענדיקע קלעפּ איז זי שוין גרייט אויף זיך צו נעמען אין דער שטיל.

ווייל אַזוי איז דער מנהג דאָרט, און אַזוי איינגעפירט: ווען אַ יונג שלאָגט זיין אונטערטעניקע, זיין נקבה, איז ווען זי שרייט, וועט זיך קיינער ניט אָפּרופן, קיינער וועט איר צו הילף נישט אַרויס. פאַרקערט, וואָס ווייניקער מע וועט זיך פאַר איר אָננעמען און איר העלפן, וואָס ווייניקער אָנטייל פון זייטיקע און פרעמדע אין דער מחלוקת מיטן איריקן, אַלץ איז פאַר איר בעסער...

דאָרט וואוינען שלעגערס, „קייסאָרים” און גאַלאַנטאַנעס, וואָס שלאָגן, אויב מע דינגט זיי — אויף „טרוקן”, אויף „נאַס”, אויף ביינער ברעכן און אויף ביז קראַנק אַוועקלייגן.

דאָרט טרעפט איר צווישן די דינסט־ און אַם־מעקלערינס אַזאַ אויסטערליש פּאָרל אויך, ווי פּערעלע און די איליאָוועכע. זיי האָבן ביידע שותפות אין איין געשעפט, וואָס באַשטייט אין דעם, וואָס ווען אַ דינסט אין אַ נגידיש־באַלעבאַטיש הויז גליטשט זיך אויס... שוין אין הויכע חדשים... קאָן שוין מער ניט פאַרשטעלן... און די באַלעבאָסטע די נגידיתטע וויל אויסבאַהאַלטן דעם מאַנס, אָדער דעם זונס שולד פאַר לייט, ס׳זאָל צו קיין אומלייטיש גערייד און סקאַנדאַל ניט קומען, — קומט דאַן אויף דער פאַרשטעלטער סצענע אַרויף פּערעלע.

אַ געזונטע, פופציק־יאָריקע יידענע, מיט פליישיקע, טרעגערשע אַקסל; אין אַ קורץ שאַלעכל, וואָס זי האָט עס תמיד אויף די אַקסל הענגען; מיט איר געוויסן, פון טרינקען, הייזעריקלעכן מאַנצבילשן קול, מיט איר פּנים, איבערן זעלבן טעם, גערויטלט, מיטן באַוואוסטן פּיסק און קרעפטיקע ווערטער...

זי נעמט די דינסט סטראַשען און אויף איר אָנוואַרפן אַ מורא: יענע זאָל זיך ניט דערוועגן דעם נאָמען, וואָס מע דאַרף ניט, דערמאָנען. זי סטראַשעט מיט פּאָליציי, מיט כל־המיני סטראַשונקעס: זי וועט ביי איר אין טורמע פוילן, פאַר אַ בלבול און פאַר פאַלש אויסטראַכטן... ביז יענע, די דינסט, פון איר אומגליק און מורא דערשלאָגן, גייט איר שוין נאָך, גייט איין אויף אירע גוטע רייד און מוטערלעכער עצה: זי ווערט געבראַכט צו דער איליאָוועכע פאַר געצאָלטס, וואָס פּערעלע באַקומט הינטנאַרום פון דער נגידיתטע — פאַר עסן, טרינקען און אויסהאַלטן ביזן „האָבן”...

דעמאָלט טוט די איליאָוועכע דאָס קינד, דאָס „פּיטיוקל”, ווי זי און פּערעלע רופן אָן אַזוינע, אויף אַזוינע „קעסט” האַלטן, ביז דאָס קינד „טראָגט זיך אָפּ”, אָדער, אויב ס׳איז צו געזונט און איבערגעשפּאַרט, טוט מען דעם „דאָס רעכט”: מע דערוואַרגט עס... און די מוטער ווערט פון פּערעלען ווידער אין אַ נגידישער ↰ 47 שטוב פאַר אַן אַם אָפּגעגעבן, ווידער פאַר גוט געצאָלט, וואָס אַליין די אַם זעט שוין דערפון קיין גראָשן.

ס׳אַ גאָלדן בשותפות צווישן פּערעלען און איליאָוועכען: פּערעלע טרינקט, דרייט זיך אין שטאָט צווישן אַנדערע מעקלערינס און אין נגידישע הייזער, קריגט אַרויס דאָס „פּסולת” פון דאָרט און באַקומט באַצאָלט, שטעלט צו פרישע און געזונטע אַהין — און באַקומט ווייטער געצאָלטס. און איליאָוועכע זיצט אין דער היים, די סחורה ווערט איר אין שטוב צוגעשטעלט, און זי האָט די שטוב־אַרבעט: צו שפּייזן און צו וואַרגן... ביז, אגב געזאָגט, לסוף אין אַ שיינעם טאָג וועט די שטאָט דערזען ביידע שותפטעס צו איין האַנטקייט געשמידט, פון פּאָליציי געפירט, דערנאָך ווידער פריי געלאָזט און ווידער צו זייער „אַרבעט”.

דאָרט וואוינען גנבים און נביאים פון גנבים.

דאָרט איז אַן אָרט פאַר אַ פּאָר געגנבעטע פערד ביי אַ פּריץ, אָדער ביי וועמען אַנדערש, אויף איבערצושטיין ביז אַ גרויסן יאַריד; דאָרט איז אַן אָרט פאַר געגנבעטן שניטקראָם, איבערגעפאַרבט צו ווערן, אָדער אויף קליינע שטיקלעך צעשניטן ווערן און אין די „גנבישע שאַפקעלעך” דערנאָך אים צו קריגן; דאָרט געפינען זיך אויך אַ פּאָר נגידישע זילבערנע לייכטער אַן אָרט; אַהין קומט מען צו דער טרעפערין און קאָרטנוואַרפערין, און זי שיקט צום „נביא”, דער נביא הייסט זיך באַצאָלן און שיקט אָפּ אַהיים ,און די גנבה וועט שוין אַליין אין שטוב קומען.

דאָרט וואוינען יידישע שטריקל־דרייער און ניט־יידישע חזירניקעס.

דאָרט וואַקסן מוידן מיט פולע בוזעמס, און שלאַנקע טויבן־יונגען — קינפטיקע שלעסער־ברעכער, „שניפער” „מאַרעוויכער”, בייטעלעך־ און „שלענגל”־ציער.

אַהין ברענגט דער היצל די הינט אָפּצושינדן. אַהין — אַ בינדיוזשניק זיין שקאַפּע די געפאַלענע, — דאָס פלייש פאַר די הינט, און די פעל צו פאַרקויפן.

דאָרט די מערסטנטייל מפשיטים — ווייל ניט ווייט פון דאָרט איז דאָס שעכטהויז; דאָרט די נושאי־מיטהניקעס און גרעבער, ווייל פון דאָרט ניט ווייט דער בית־עולם.

דאָרט קומען פאָר אַלע שבת, סיי זומער סיי ווינטער, די באַוואוסטע געשלעגן פון די קייסער־חברות מיט זייערע עלטסטע, די „קייסאָרים”, וועלכע לעבן אויפן חשבון פון באַלעבאַטישע קינדער, וואָס גנבענען אָדער מאַנטען אויס ביי די עלטערן און צאָלן וואָך־געלט, חודש־געלט די קייסאָרים, זיי זאָלן זיי אַליין ניט שלאָגן און זיי פאַרהיטן און באַשיצן פון אַנדערע שלעגער. מע שלאָגט זיך אַלע שבת, זיך פאַרזאַמלענדיק אַהין פון פאַרשיידענע שטאָט־עקן. פריער מיט די הענט, אויף קולאַקעס, דערנאָך, אַז מע צעהיצט זיך און מע קומט אַריין אין דער „פּאַסינקע” — מיט שטיינער, מיט מיטגייערס און ↰ 48 מעסערס, און תמיד ענדיקט זיך אַזאַ געשלעג מיט געפּלעטע קעפּ און מיט עטלעכע אין שטאָטישן ביקור־חולים ברענגען — האַלבע מתים, אָדער גאַנצע קאַליקעס.

כאָטש יענע שטאָט־טיילן האָבן פיל שותפות און קרובהשאַפט מיט דער שטאָט N: — איין גאָט ביי זיי, איינע און די זעלבע מנהגים, איינע טרויער־ און פרייד־טעג און יום־טובים, דאָך איז, ווי געזאָגט, דער גאָט דאָרט ניט אַזאַ שטרענגער, און פון זיינע דינער פאָדערט ער ווייניקער, ווייל ער ווייסט אַז ס׳איז אומזיסט און ס׳איז נישטאָ פון וועמען...

יום־טובים היט מען צוליב די יום־טובדיקע מאכלים, און אין די טרויער־טעג איז מען ווייניק טרויעריק.

מע לעבט פריי און אָפּשפּעטנדיק פון דער שטאָט, פון אירע נאַרישע אין זייערע אויגן כלי־קודש — פון די „יאָלדן” און „טאַכמערס”, ווי מע רופט זיי אין יענע שטאָט־טיילן.

מע רופט זיי, ווען מע דאַרף זיי, אויף אַ ברית, אויף אַ חתונה, אָדער אין אַנדערע פאַרשיידענע מאָמענטן, ווען, ווי דער דין אָדער מנהג פאָדערט, מע נייטיקט זיך אין זיי: מע גיט זיי אָפּ זייערס, מע באַקומט ביי זיי, וואָס יענע, מישטיינסגעזאָגט, האָבן צו געבן, אָבער קיין לאַנגע שהיות מאַכט מען ניט מיט זיי: יענע פילן זיך ביי אָט די שטאָט־טיילן־לייט נישט איבעריק פריי, און באַלד נאָכן אָפּגעגעבענעם און אָפּגענומענעם, שטעלן זיי אויף די קעלנער, רוקן זיך אַרויס און טראָגן זיך אָפּ, אויף לענגער זיך ניט פאַרהאַלטן.

זיי, יענע שטאָט־טיילן־לייט, לעבן זיך אויס צווישן זיך און זיי זעען, אויסער וואָס זיי האָבן נייטיק צו דער פּרנסה, צו דער שטאָט ניט אָנקומען.

זיי האָבן זיך זייערע אייגענע שולן. אין די שולן דאַוונט מען אָפּ, אַפילו שבת און יום־טוב, פיל פריער, ווי אין שטאָט. דער עולם איז אַן אָנגעהאָרעוועטער, אַ ווייניק־עברידיקער, זאָגן לאַנג האָט ער פיינט, ער פאַרשטענדיקט זיך מיטן סידור אין זיינע תפילות אויפן וואונק, מאַכט בקיצור און איילט פון דער נאָענטקייט און אומפאַרשטענדלעכקייט פון גאָט זיך וואָס גיכער אַרויסמאַכן און אַוועק אַהיים, צו די אייגענע, צום פאַרשטענדלעכן.

דאָרט איז אַ מנהג, ווי געזאָגט, נאָך אַ מנהג, אָבער פון געזעצן האַלט מען ווייניק. חומרות, זאָגט מען דאָרט, זיינען ניט פאַר אָרעמעלייט, און פון לערנען און פון פיל תהילים זאָגן — זאָגט מען דאָרט ווייטער — ווערט מען לייזיק.

מע דאַוונט אָפּ אויף גיך, און זומער, למשל, שבת נאָכן עסן, פאַרנעמט מען זיך גאַנצע געזינדן, גאַנצע געסלעך גייען אַרויס מיט ווייבער, קינדער, מיט קישן, קאָלדרע אויף די יאַרן, אויף די גרינע פּלעצער אויסער דער שטאָט, צום „פּראָיעזד”, צו דער אייזנבאַן־ליניע.

מע לייגט זיך דאָרט אויס ציגיינעריש, ווער צום רוען, מערסטנטייל צום ↰ 49 פאַרברענגען — ווייבער מיט מאַנצבילן, יינגלעך מיט מיידלעך, — אויף אַזאַ ציגיינעריש־פרייען אופן, אַזוי הפקר, מיט הענט, מיט ווערטער און אַזוינע ווערטלעך, אַז ווען אַ שטאָט־מענטש, ווער ס׳זאָל ניט זיין, פון צווייטן רינג, ווען ער דערזעט אָדער דערהערט אַזוינס, וואָלט ער אַוועק ווי אַן אָפּגעבריטער און אַ פאַרשעמטער, דאָס פּנים פאַר בושה פאַרשטלט, און די אויערן — פאַר ניבול־פּה.

יאָ, אין דריטן רינג, ווי אויבן געזאָגט, טאַקע פיל אָפּפאַל און אויסוואורף־הייזער און מענטשן, אָבער סוף־כל־סוף זיינען זיי נאָר אַ מינדערהייט און ניט זיי דער עיקר אין רינג. דער עיקר־עיקר — די מוראדיק־אויסגעהאָרעוועטע, אָרעמע מאַסע, וואָס צווישן זיי איז, ווער ס׳האָט געהאַט אַן אויג, האָט שוין אויך די צוקונפט־זוימען אין לופט אומשוועבן געקאָנט זען.

* *
*

אמת, צו יענער צייט, וועגן וועלכער מיר דערציילן דאָ, איז דער אַרבעטנדיקער עולם פון יענעם טייל, פון יענע פאָרשטעט נאָך שטאַרק פון דער שטאָט אַרויסגענומען, אָפּגעזונדערט און נאָך גאָר ווייניק געאַכטעט.

ס׳וועלן אָבער זיין צייטן, שפּעטער, פיל שפּעטער פון דער, וועגן וועלכער מיר דערציילן, ווען די שטאָט וועט דווקא צו אָט די ערטער אַן אויער צולייגן; פון דאָרט, דווקא פון אָט דעם זומפּ און אָרעמקייט, וועט אויף דער שטאָט אַן איבערקערערישער און שטאַרק־דערפרישנדיקער ווינט קומען; אַהין, צו יענע שטיבעלעך־חורבהלעך און צו יענע אָרעמסטע אַרבעט־מענטשן, באַלמעלאָכעס לאַטוטניקעס וועלן די בעסטע קינדער פון שטאָט קומען, מיט קלאַפּנדיקע הערצער, אויף ניט־געוויינלעכע ביים זיך דערוויסן און אויף געשיכטלעך־דערפרייענדיקער דערפאַרונג זיך אָנצונעמען: פאַר יענע נידעריקע טירן און שוועלן וועלן געבילדעטערע און פיל מער וויסנדיקע פון יענע הייזער־איינוואוינער די קעפּ בייגן, ווייל קומענדיק די איינוואוינער אויפקלערונג און לערנונג ברענגען, וועלן זיי אַליין פון דאָרט פאַר זיך אַ נייע לערע אַרויסטראָגן.

דאָרט וועלן זיך צוערשט קליינע קרייזלעך בילדן, וואָס אין אַ צייט אַרום וועלן זיי די ווענט צו ענג זיין, זיי וועלן שוין אונטערן פרייען הימל, אָבער נאָך אַלץ אין קליינע גרופּעס, זיך זאַמלען; דערנאָך, אַז זיי וועלן זיך אין כוח דערפילן, לייב און רייפקייט אויף זיך נעמען, וועלן זיי אין איינעם אַן אָוונט (די שטאָט וועט אים, ווי אַן ערע־אָנהייב, פאַרגעדענקען) זיך אין אַ גרויסער מאַסע צונויפקלייבן, אַ נאָך ווייניק דרייסטע, ווייל צו אַזוינע אַרויסטרעטונגען נאָך נישט געוואוינטע, אָבער אין געשלאָסענע רייען צו דער שטאָט זיך לאָזן...

אָוונט וועט זיי טונקל פאַרשטעלן, און פון פאַרשטעלעניש וועט זיך אַ געדיכטער זשום, ווי פון אַ ווייט־אָנקומענדיקן געוויסער אַרויסהערן.

↤ 50

רואיקע, צו דורות־געהייליקטער פוילעניש געוואוינטע, בירגער באַלעבאַטים ,אַז זיי וועלן פאַרנעמען דעם דרויסנדיקן רעש דעמאָלט, וועלן זיי אַרויס, דערזען: אַ פרעמדע מענטשן־כוואַליע, מיט געזאַנג, מיט אַ פריער נישט־געזעענער קיינמאָל פאָן פון פאָרנט, גייט, זינגט ביז אַהער נישט־געהערטע ווערטער... זיי וועלן אין גרויס דערשרעק נישט וויסן, צי אַ מגפה גייט אויף זיי, צי אַן אַנדער אָנשיקעניש פון דער ערד אָדער פון טייוול אויסגעוואַקסן; וועלן אויף גיך די אויגן פון אָט דער מאַסע אָפּקערעווען, אויף גיך צו די קינדער זייערע שרייען, ווי די קוואָטשקעס בעת סכנה, און זיי אין שטוב אַריינרופן, אויף גיך אונטער אייגענעם פליגל־דאַך, אונטער דודותדיקער סטריכע אַרונטער, די טירן נאָך זיך פאַרשליסן און פעסט זיי אויף די קייטלען פאַרהאַקן...

דאָס וועט זיין פיל שפּעטער, און שפּעטער וועלן מיר דעם־אָ גרויסן באריכות און פיל צייט אָפּגעבן. איצט אָבער איז נאָך נישט די צייט, און מיר מוזן פאָרלויפיק אויף צוריק אין דעם צווייטן שטאָט־טייל זיך אומקערן, אין איינער אַ שטוב קומען, און היפּש־לאַנג דאָרט זיך דערציילעריש פאַרהאַלטן.

↤ 51

II
משפּחה־כראָניק
אַריינפיר

מיטן נאָמען „דער פעטער לוזי” זיינען פאַרבונדן געווען די עלטסטע געדעכענישן און דער אייגנטלעכער גרויסער יחוס פון דער פאַמיליע מאַשבער.

דער פעטער לוזי איז געווען אַן עלטערער ברודער משהס, און ביידע זיי — זין פון אַ באַוואוסטן, אין זיינע צייטן, רב און דיין אין איינער אַ גרויסער וואָלינער שטאָט, וואָס אויף דער גרענעץ פון קרוין־פּוילן.

די ברידער פלעגן זיך זעלטן־ווען זען, זיי האָבן געוואוינט באַזונדער: משה — אין N, אין דער גרויסער יידישער האַנדלס־שטאָט, וואו ער האָט שטאַרק געשמט מיט זיין רייכקייט און זיין ברייטער אויפפירונג; און דער פעטער לוזי — אין אַ קליין, פאַרוואָרפן שטעטעלע ערגעץ ביי דער גרענעץ פאַררוקט, איז ניט רייך געווען, האָט ניט געשמט און צווישן מענטשן זיך ווייניק געלאָזט מערקן, און דאָך, ס׳אַראַ יחוסן און שטרייכן ס׳האָט זיך געשטרייכט און געיחוסט משה מיט זיין ברודער: זיין אַראָפּקומען אַמאָל צו משהן איז געווען אַ געשעעניש נישט נאָר פאַר אים, פאַר משהן אַליין, נאָר אויך פאַר אַלע אין זיין שטוב, פאַר זין און טעכטער, איידעמס און שניר, און פאַר די מערסטע קינדער אַפילו.

אָט געדענקט אַ קינד:

ס׳טרעפט, מערסטנטיילס זומער. אַ פאַרנאַכט. דאָס קינד קומט פון ערגעץ אָן, כאַפּט זיך אַריין אין שטוב עפּעס איבערכאַפּן, אָדער זיך אויסטאָן און צוריק אַרויס אין דרויסן צו חברה קינדער אויף פאַרנאַכטיקן זומער־שפּילן. און פּלוצים באַמערקט עס אַן ענדערונג, אין שטוב איז עפּעס געשען: די פּאָלן געוועקסלט, די שטוב־לייט שבתדיק אָנגעטאָן, מע רעדט שטיל און אַלע האַלטן זיך עפּעס מאָדנע מחותנדיק אָנגעצויגן.

„נישט אַנדערש, אַ גאַסט”, — טראַכט זיך דאָס קינד.

— ווער? — פרעגט עס ביי אַ דינסט, ווייל שטוב־לייט, זעט עס, זיינען איצט פאַרנומען און זיינען קיין קינדער און קיין פראַגעס ניט גערן.

— שטילער, דו... ס׳איז דער פעטער לוזי... דער פעטער לוזי געקומען, — ענטפערט, איילנדיק און כמעט, ווי אויפן אויער, די דינסט.

↤ 52

ווייסט שוין דאָס קינד, אַז ער האָט אים איצט ניט אין קיין צימער צו זוכן, און, זיכער איז ער איצט ביים זיידן, מיטן זיידן אין אַלקער פאַרשפּאַרט. ווייל אַזוי איז דער מנהג און געוויינלעך איינגעפירט: אַז דער פעטער לוזי קומט, פאַרשפּאַרט ער זיך פריער מיטן זיידן אויף אַ ביסל צייט, דערנאָך ערשט ווייזט ער זיך אויך צו די שטוב־לייט.

איז אַזוי אויך איצט: אַז ס׳געדויערט אַ ביסל און שטוב־לייט זיינען אַלץ נאָר אָנגעצויגן און אינעם מאָדנעם וואַרטן, עפנט זיך פּאַמעלעך די אַלקער־טיר און אויפן שוועל באַווייזט זיך פריער דער פעטער לוזי, און הינטער אים דער זיידע. און דער זיידע איז אין שבתדיקן, און די באַקן זיינען ביי אים רויטלעך, און דער פעטער לוזי איז העכער פונעם זיידן, ווייל דער זיידע איז נידעריקער פון מיטל געוואַקסן, און דער פעטער לוזי — העכער מיטל, און זיין באָרד איז קיילעכיק, ווייס געדיכטלעך און אויגן גראָוולעכע און פרעמדע.

גיבן די מאַנצבילן „שלום”, און די ווייבער רויטלען זיך בעתן באַגריסן, רוקן די האָר אונטער די קאָפּ־טיכלעך און שייטלעך אַרונטער און פרעגן, וואָס ער מאַכט, דער פעטער לוזי. דער פעטער לוזי ענטפערט אויף די פראַגעס, ענטפערט שמייכלענדיק, נאָר קוקט עפּעס אַריבער, קוקט ניט אויף די ווייבער, שפּעטער, זעט דאָס קינד, איז שוין דער פעטער לוזי אין זאַל אויף אַ שטול באַזעצט, און דער זיידע שטייט און האַלט זיך, ווי ביים הענטל פון שטול. מאַנצבילן בלייבן אין זאַל ווייטער שמועסן צו פירן, און ווייבער פאַרלאָזן דעם זאַל, מע גייט אַוועק אין עס־צימער און אין קיך און מע נעמט זיך אין קיך פאַרן פעטער לוזין עפּעס עסן פאַרגרייטן.

דעמאָלט הערט דאָס קינד עפּעס מאָדנע און נישט קיין געוויינלעכע ווערטער אין קיך: „מן החי”, זאָגט מען, עסט ניט דער פעטער לוזי... קיין פיש און קיין פלייש ניט... און ווייבער עצהן זיך און מע באַראַט זיך לאַנג, און אַלע נוצן אויס זייערע קיך־קענטענישן און געניטקייטן, ביז מע באַשליסט עפּעס און מע שטעלט זיך, ענדלעך, קאָכן.

אויף דער נאַכט, אַז אַלע קינדער קומען זיך צונויף, פון גאַס און פון שפּילן, ווערן זיי איינציקווייז צום פעטער לוזין צוגעפירט. די שעמען זיך און גייען „שלום” אָפּגעבן, און גוט און שרעקנדיק איז יענעם קינד, וואָס דער פעטער לוזי קוקט דערויף עטוואָס לענגער און לאָזט זיין הענטל מער זאַמענדיקער אין זיין האַנט פאַרהאַלטן, און די קינדער רוקן זיך דערנאָך אָפּ איינציקווייז, יעדעס קינד צו זיין פאָטער און מוטער, פאַרשעמט.

נאָך שפּעטער, אין אָוונט שוין, אַז מע וואַשט זיך און מע גייט צום טיש, מע זעצט זיך אויס — מענער אויבנאָן און ווייבער ביים צווייטן עק, — באַמערקן די קינדער, אַז דער זיידע איז עפּעס פון זיין אָרט היינט אָפּגערוקט, אַז זיין אָרט ביים אויבנאָן פאַרנעמט נישט ער, נאָר דער פעטער לוזי, און דעם זיידנס חשיבות איז עפּעס היינט ווי געמינערט און זיין וואָג ווייניקער. אַרט עס די ↰ 53 קינדער פאַר זייער זיידן, אָבער דערפאַר פאַרשטייען זיי אויך די גרייס פון דעם פעטער לוזיס וואָג און חשיבות.

און נאָכן ערשטן טאָג און דער ערשטער נאַכט קומט דער מאָרגן, און אויף מאָרגן זעען די קינדער דעם פעטער לוזיס אויפפירונג און מידות: ער רעדט ווייניק, מע הערט פון אים ניט קיין איבעריקע ווערטער. דערפאַר איז אָבער דער צימער, וואו ער געפינט זיך, מיט אים ווי פאַרפולט, און אַלע, וואָס געפינען זיך אין זיין נאָענטקייט, זעען אויס, גלייך ווי זיי זיינען אַוועקגעשטעלט אויף צו שטיין פאַר אים און ווי אים צו באַדינען.

אַזוי די יינגערע אין זיין אָנוועזנהייט, און אַזוי אויך די עלטערע, אַפילו אַליין אויך דער זיידע און די באָבע גיטל ניט אויסגענומען: די באָבע גיטל גייט די גאַנצע צייט, וואָס דער פעטער לוזי איז צוגאַסט, אין ערגעץ, אין שטאָט און אויף איינקויפן, נישט אַרויס, געפינט זיך אין קיך באַשטענדיק, דרייט זיך און איז באַשעפטיקט, די פאַטשיילע הינטער די אויערן פאַרנומען, זי שוויצט און שאַפט זיך, גיט אַכטונג אויף די דינסטן, קוקט זיי אויף די הענט, אויף די כלים און אויף שטרענג כשר־האַלטן איצט פיל מער, ווי תמיד.

און דער פעטער לוזי, זעט מען, גייט ניט אין ערגעץ, און זיין הנהגה איז: ער דאַוונט שפּעט, עסט שפּעט און באַזונדער, און די באָבע גיטל באַדינט אים און לאָזט קיין דינסט אים אַפילו צום טיש נישט גרייטן.

אַזוי די טעג אינדערוואָכן, און אַז ער בלייבט אַמאָל אויך אויף שבת, זעען די קינדער, אַז פרייטיק־צו־נאַכטס און שבת פרי בלייבט ער אין דער היים צום דאַוונען, און איבער אים בלייבט שוין אויך דער זיידע אין דער היים, און קינדער הערן, אַז ער דאַוונט אויך אַנדערש. „נוסח ספרד””, זאָגט מען, און קינדער זיינען נייגעריק און גנבענען זיך אונטער, און מיט גרויס ציטערניש, ווען דער פעטער לוזי איז אין צימער ניטאָ, כאַפּן זיי אַ קוק אין זיין סידור און זעען, אַז יאָ און ריכטיק! עפּעס איז ער אויך אַנדערש און נישט ווי אַלע סידורים: די תפילות איבערגעדרייט און נישט ווי געוויינלעך אויסגעשטעלט, און אייניקע גאָר אינגאַנצן אומבאַקאַנט.

און די קינדער ווערן געוואויר, אַז אָט דעם סידור האָט דער פעטער לוזי באַקומען בירושה פון זיין טאַטן, און זיין טאַטע פון אַ זיידן, און אַזוי ווייטער און ווייטער, און אַז דער סידור איז שוין אויך פון פיל שרפות געראַטעוועט געוואָרן, און אַז ער איז אויך אַ סגולה־סידור, און קימפּעטאָרינס, אַז זיי גייען שווער צו קינד, לייגט מען אים די אונטער צוקאָפּנס.

און שבת, ביי די שבתדיקע טישן, רעדט שוין גאָרנישט דער פעטער לוזי. קיין „דברי־חול”, זאָגט מען, רעדט ער נישט, און אַלע ווייסן שוין, און מע באַאומרואיקט אים נישט און מע ווענדט זיך צו אים מיט גאָרנישט, און ווען יאָ, איז נאָר מיטן נייטיקסטן, און ער ענטפערט אויך קאַרג און שפּאָר־ווייניק און מיט עטלעכע לשון־קודש־ווערטער גאָר בקיצור.

↤ 54

אַזוי קומט ער און אַזוי פאָרט ער אַוועק, דער פעטער לוזי, און נאָך יעדעס מאָל אַוועקפאָרן פלעגן די קינדער אַלץ מער פון זייער יחוס, פון זייערע זיידעס און עלטער־זיידעס זיך דערוויסן, און פון פאַרשיידענע שמועסן און געשפּרעכן פון די גרויסע פלעגט זיי אַלץ מער ידיעות צוקומען.

און אָט דערוויסן זיי זיך:

זייער שטאַם איז אַן אַלטער, נאָך פון די „גולי־ספרד”, *) פון רבנים און בעלי־שם, און, לסוף — אַז זייער עלטער־זיידע, דער רב ר׳ יואל, זייער זיידנס און פעטער לוזיס פאָטער, איז זייער יונג פון דער וועלט געגאַנגען, פון תעניתים, און אַז די לעצטע יאָרן פאַר זיין פּטירה איז ער אויך אַ פּרוש געווען. דאָס ווייב זיינס דעמאָלט נאָך אַ בלוט־יוגנט... און דער באָבעס פאָטער האָט דעם זיידן ר׳ יואל געמוזט צו אַ באַוואוסטן דעמאָלטיקן צדיק צוקלאָגן, און אויך דער צדיק האָט נישט געהאָלפן, און דער זיידע איז אויך אויף ווייטער און ביזן סוף פון זיין לעבן שוין טאַקע אַ פּרוש פאַרבליבן.

גאַנצע טעג פלעגט ער דאַוונען און אין די ביינאַכטן לערנען, און קינדער האָבן געהערט, ווי גרויסע האָבן, זיך איבערנעמענדיק און באַרימענדיק, דערציילט, אַז דער גרויסער מגיד איז אַמאָל אַ זומער אויף דער נאַכט פאַרביי דעם זיידנס הויף דורכגעגאַנגען, ווי דאָס פענצטער איז געווען אָפן, און דער זיידע האָט געלערנט, האָט ער דאָס העמד צעכראַסטעט און אַ זאָג געטאָן:

— אָט ווי אַ ייד לערנט תורה לשמה... אַן עבירה נאָר, — האָט ער צוגעגעבן, — וואָס דאָס, וואָס ער קויפט זיך איין פאַר זיין תורה, פאַרלירט ער איבער די תעניתים...

*) די אַרויסגעטריבענע פון שפּאַניע

און די תעניתים, — האָט מען ווייטער דערציילט, און וועגן דעם שוין פאַרשטעלט און בסוד אַ ביסל, — די תעניתים האָט ער אויף זיך גענומען פאַר די זינד פון זיין פאָטער, וואָס, ווי מע האָט געשמועסט, האָט ער געקערט צו די שבתי־צבי... ער איז אַ שטיק צייט פון זיי פאַרפירט געווען, און בעת דער באַוואוסטער אסיפה פון די באַוואוסטע רבנים, וואָס מע האָט אין יענער צייט אַמאָל געכאַפּט אין איינער אַ שטאָט בעת אַ יאַריד, ווען זיי האָבן זיך פאַרשלאָסן אין אַ שטוב און דאָרט אַרום אַ נאַקעטער נקבה, אַרום זייער מטרוניתא געטאַנצט, איז אויך ער, דעם זיידע ר׳ יואלס פאָטער, געווען צווישן די טענצערס... דערנאָך האָט ער חרטה געהאַט, און נאָך דעם, ווי מ׳האָט די שבתי־צבי אין חרם אַריינגעלייגט, האָט ער אַ שטיק צייט געהאַלטן אין איין וויינען, טאָג און נאַכט זיך אין האַרצן געשלאָגן, האָט קיין העמד און קיין מלבושים נישט איבערגעביטן, אַפילו אויף שבת, ברויט און וואַסער געגעסן און אויף דער ערד געשלאָפן. דערנאָך איז ער פאַרפאַלן געוואָרן, און מער האָט ער זיך שוין אַהיים ניט אומגעקערט, און מ׳האָט ניט געוואוסט, וואוהין ↰ 55 ער איז אַהינגעקומען... אייניקע האָבן געזאָגט, אַז ער האָט זיך צוריק אומגעקערט צו די שבתי־צבי און זיך אַוועקגעלאָזט קיין סטאַמבול, און אַנדערע — אַז ער איז אַוועק אָפּריכטן גלות.

און אָט, פאַר זיינע זינד, האָט עס דער זיידע ר׳ יואל אויף זיך גענומען אָפּקומען, און נישט נאָר דער זיידע אַליין, נאָר אויך דער פעטער לוזי, האָט מען געשמועסט, איז יינגלווייז, אַז ער האָט זיך פון זייטיקע און פון קרובים דערוואוסט וועגן זיין זיידן, האָט ער זיך דעם זיידנס גורל צום האַרצן גענומען און געזאָלט אין פאָטערס וועג אַוועקגיין, און ס׳האָט שוין מיט אים געהאַלטן שלעכט, און אויך ער איז פון תעניתים שוין קראַנק געווען. אָבער אַזוי ווי ער איז געווען זייער יונג, האָבן אים די קרובים און אייגענע איינגערעדט, און מע האָט אים קיין וועלעדניק געבראַכט. און אַז דער פעטער לוזי איז פאַרן וועלעדניקער געקומען, האָט יענער אויף אים אָנגעשריגן און אין אַ גרויס ירגזון אַ זאָג געטאָן:

— האַ! וואָס מיינט ער, דער יונגערמאַן? ער וועט זיין זיידן מיט די תעניתים פיל גרינגער מאַכן? אַליין אַ הורג־נפש, אַ זון אַ הורג־נפש און אויך אַן אייניקל אַ הורג־נפש... וואָס מיינט ער, דער יונגערמאַן?

און דער פעטער לוזי האָט זיך געלאָזט איבעררעדן. ער האָט לאַנג געוויינט פאַרן וועלעדניקער און דעמאָלט אויך פאַרשטאַנען, אַז נישט אויף דעם וועג וועט ער זיין זיידן צו הילף קומען, און פון דעמאָלט אָן איז ער שוין קיין וועלעדניק געפאָרן, האָט זיך פעסט געהאַלטן און פון דער פעסטער האַנט זיך געלאָזט אָנפירן.

די לעצטע צייט אָבער, — האָט מען ווייטער דערציילט, — נאָך דעם וועלעדניקערס פּטירה, פילט זיך דער פעטער לוזי עפּעס עלנט, ער פאָרט אַרום פון „הויף” צו „הויף”, זוכט און קאָן זיך ניט צוקלייבן, און ער איז מרה־שחורהדיק תמיד; ער קער זיך דערום ווייניק אָן מיט מענטשן, האָט מיט קיינעם קיין מגע־משא, און די איינציקע נגיעה מיט מענטשן, וואָס ער האָט יאָ, איז וואָס פון צייט צו צייט כאַפּט ער זיך צום זיידן צוגאַסט אַראָפּ. און אַמאָל, ווען ער קומט צום זיידן נישט לאַנג, פאָרט דער זיידע צו אים צוגאַסט.

* *
*

און אָט, פון אָט די באַזוכן דעם פעטער לוזיס, טוט ביי די קינדער אויף שטענדיק זיין געשטאַלט פאַרבלייבן, און זיי פאַרגעדענקען אים; —

אַ מענטש העכער מיטלוואוקס, מיט גראָוולעכע אויגן, וואָס קוקן נישט גלייך, נאָר איבער קעפּ אַריבער... אָנגעטאָן איז ער תמיד אין אַ גלאַנציק־לאַסטיקענער קאַפּאָטע אינדערוואָכן און אין אַ זיידענער אום שבת... האַלט זיך גלייך, און אַז ער גייט, דאַכט זיך, אַז אַלע מוזן אים דעם וועג אָפּטרעטן... רעדט ווייניק, און מערסטנטיילס זעט מען אים זיצן אין טלית, און ווען ניט ↰ 56 אין טלית, איז מיט די הענט אין די צוויי הינטערשטע קעשענעס פון זיין קאַפּאָטע פאַרשטעקט, שפּאַנט אַ פאַרטראַכטער איבערן צימער אַרום, שטעלט זיך אָפט אָפּ און בלייבט אויך שטיין פאַרטראַכט, און אַ טבע האָט ער בעתן טראַכטן: מיט זיינעם אַ טייט־פינגער איבער דער ברעם פון זיין רעכטן אויג הין־און־צוריק צו פירן און די האָר צוצובאַרשטן.

1

איינמאָל, אין איינעם אַ גאַנצפרי, שוין הייסן, אב־חודשדיקן פרימאָרגן, איז משה מאַשבער, ווי נאָר ער איז אויפגעשטאַנען פון געלעגער, זיך אָנגעטאָן און געוואַשן, אַזוי איז ער גלייך אַריינגעגאַנגען אין שמאָלבלעך־לענגלעכן קאָרידאָר, וואו די שראַגע פון די מלבושים איז געשטאַנען. ער האָט אויף זיך זיין זומערדיקן אויבער־מאַנטל גענומען און זיין שירעם פון ווינקל, און קיינעם פון די נאָך שלאָפנדיקע בני־בית, און אַפילו זיין ווייב גיטלען, גאָרניט זאָגנדיק, איז ער, פאַרן דאַוונען און פאַרן טיי־טרינקען, אַרויס פון זיין הויז און צום בית־עולם, וואָס געפינט זיך שטאַרק ווייט, אַזש אין צווייטן עק שטאָט, זיך אַוועקגעלאָזט.

ווי ער איז פון זיין הויף אַרויס, אַזוי איז ער באַלד דורכגעגאַנגען די ברייט פון זיין נאָך־פאַרשלאָפענער גאַס, וואָס איז בשכנות געווען מיט די ניט־יידישע, מיט יענע, וואָס מיט די פאַררוקטע סעדער און מיט די הויך־הילכנדיקע פּאַרקנס, און דאַן איז ער אויף דער בריק, וואָס פאַראייניקט ביידע שטאָט־טיילן, די אין דער הייך און אין דער נידער ליגנדיקע, אַרויס.

דער בריק איבערן טייך — אַ לאַנגער און אונטער פערדן־טלאָ האָט מיט געהילץ און מיט ברוק־פּוסטקייט געהילכט. אינמיטן בריק — אַ ברייטער וועג פאַר פערד־און־וואָגן, און פון ביידע זייטן ביי די פּאָרענטשעס — שמאָלע וועגן פאַר צופוסגייער.

אויפן בריק אַרויפקומענדיק, האָט משה געזען, ווי איין ברעג טייך איז נאָך געלעגן טונקל אין דרעמלענדיקן נישט־שורשענדיקן טשערעט, דער צווייטער — באַזונט שוין, און אויפן טייך אַליין האָט די לעצטע טייך־קילקייט אויף דער וואַסער־אויבערפלאַך זיך געדעמפט און גערויכלט.

נאָכן בריק איז ער אַרויפגעקומען מיט אַ משופּע־אַרויפליגנדיקער גאַס אין דעם אייבערשטן שטאָט־טייל, דאָרט, וואו ס׳געפינען זיך די מערסטע און די רייכסטע קראָמען און קלייטן, און וואו די קראָמען און די געשעפטן זיינען נאָך צו געווען, די טירן און לאָדן מיט שלעסער און מיט קווער־איבערגעפלאָכטענע קייטן געשלאָסן, און נאָר אויף אַ זוניקער זייט איינער זיינען ביי אייניקע קלייטן, פאַר די טרעפּ און אויף די טרעפּ, שוין בינטלעך פרימאָרגנדיקע באַלמעלאָכעס געשטאַנען און געזעסן, האַלב נאָך פאַרשלאָפן, אין ↰ 57 זייערע פאַך־קויטיקע קליידער און מיט זעקלעך געצייג, און געוואַרט אויף באַשעפטיקונג, אויף פאַרדינסט און אַז עמעצער זאָל זיי קומען אויפן טאָג דינגען.

פון דאָרט, פון דעם צענטער־שטאָט, האָט ער זיך אויף דער לענגסטער שטאָט־גאַס אַראָפּגעלאָזט, וואו, אויף וויפיל ס׳איז מיטן אויג געווען צו זען, זיינען אַלע לאָדן פון די איין־ און צוויי־שטאָקיקע הייזער פון ביידע זייטן נאָך פאַרמאַכט געווען, אַלע איינוואוינער נאָך געשלאָפן, און נאָר ווען־ניט־ווען האָט אַן איינצלנע פאַרפריטע באַלעבאָסטע מיט אַ קוישל די גאַס דורכגעשניטן, אין אַ זייטיק געסל אַריין און אין מאַרק אַוועקגעאיילט; אויך אַן איינציקער באַלעבאָס אַמאָל איז מיט טלית־און־תפילין אונטערן אָרעם, פון שול קומענדיק גאַנצפרי שוין אַן אָפּגעדאַוונטער, איילנדיק און אויף גיך, צוריק און צוליב געשעפט, אַהיים איצט געלאָפן.

די גאַס אינגאַנצן אָבער נאָך ליידיק. פון ווייט־ווייט נאָר, אַזש פון דעם אונטערשטן טייל גאַס, האָט זיך אויף אַ ליידיק־שלעפעריקן פאַעטאָן באַוויזן אַרויף פאָרנדיק אַן איינגעהאָרבעטער פורמאַן, אויף דער קעלניע דרעמלענדיק און דעם קאָפּ פאַרלירנדיק.

וואָס ווייטער אָבער משה איז אַזוי געגאַנגען, וואָס די גאַס שוין צו ביסלעך און פּאַמעלעך ווי אויפוואַכן גענומען אַ פאַרשלאָפענע ווייבער, מענער, דינסטמיידלעך און קינדער זיינען פון די בעטן נאָר־וואָס אַרויס די לאָדן עפענען, און אין די הייזער האָט שוין רודערן גענומען,און פון די הויפן און פון די טויער־פאָרטקעס האָט שוין מיט געשטעלטע סאַמאָוואַרן, מיט קוילן־רויך און מיט סמאַלינע געטשאַדעט.

דעמאָלט האָט זיך משהן די גאַס אויסגעלאָזט, אַ שטיק פריי פעלד מיט נאָר אַ שאָסיי־וועג אין דער מיט, אָן הייזער און אָן ישוב ביי די זייטן, האָט זיך אים באַוויזן, און פון דאָרט אויס האָט מען שוין אויך די ווייטלעכע אייזנבאַן־ליניע, וואָס טיילט אָפּ די שטאָט פון אויסער שטאָט, געקאָנט אָנזען: פון ביידע זייטן ליניע זיינען אין אלכסון גענייגט, איינער רעכטס און איינער לינקס, צוויי ווייס און שוואַרץ געשטרייפטע שלאָגביימער געשטאַנען. און אָט אַהין האָט איצט משה זיין אויג געווענדט, אַהין זיין וועג אָנגעריכט.

צוגעקומען און איבערגעשניטן די ליניע, האָט זיך דער וועג אים צעטיילט אויף צוויי: איינער — אַ ווייס־ברוקירטער און געשאָסייטער — האָט זיך צו די פאָרשטאָט־ישובים און דאַן צום האָריזאָנט און צו ווייטע מרחקים געצויגן, און דער צווייטער — אַן אַראָפּנידערנדיקער, נישט געברוקירט און נישט שאָסייט, האָט צו אַ נידעריק־געמויערטן, רויט־ציגלדיקן און נישט געטינקעוועטן פּאַרקן געפירט. און משה האָט זיך אויפן צווייטן געלאָזט.

און אָט, ווי ער איז אַזוי מיט דער לענג פון אָט דעם פּאַרקן אַ שטיק וועג אָפּגעגאַנגען און היפּשע עטלעכע מינוט ביי זיין זייט זיך געהאַלטן, אַזוי איז ↰ 58 ער פּונקט אין דער מיט זיינער צום בית־עולם־טויער צוגעקומען, און דורך דאָרט, דורכן הויך־געמויערטן און פינצטערלעכן אוהל, אויפן „פעלד” אַרויפגעקומען.

ס׳איז, ווי געזאָגט, נאָך זייער פרי געווען. דער בית־עולם מיט די פיל־ און ענג־באַלייגטע קברים, וועלכע זיינען דאָס רוב מיט נוס־ביימלעך פון אַ מענטשן־הייך די גרייס פאַרשטעלט, אויך מיט איינצלנע הויכע לינדן־ביימער, צעוואָרפענע, מיט פיל קראָען־נעסטן באַזעצטע, איז נאָך אונטן אין האַלב־טונקל און אין גראָזיקער שאָטנדיקייט געלעגן, אויבן, אָבער, שוין צו פרימאָרגן, צו זומער און צו טאָג אויפגעוואַכט און צעעפנט.

משה איז דורכן קיל־פינצטערלעכן אוהל דורכגעגאַנגען, דורך די צוויי אָן־טירנדיקע עפענונגען, דער אַריינגאַנג דעם אַרויסגאַנג קעגנאיבער, וואו אויף איינער אַ מזוזה־זייט פון אַרויסגאַנג האָט ער דערזען אויפגעהאַנגען אַ „צידוק־הדין”־טאָוול, מיט גרויסע סידור־אותיות געשריבן.

ס׳האָט אים גלייך נאָכן אוהל אַ פרייער נאָך נישט קיין פאַרנומענער פּלאַץ באַגעגנט, און אויף יענעם פּלאַץ און פון די הויכע, מיט זון באַשיינטע ביימער אַראָפּ — אַן אויפגעריסן־גרילצנדיק געשריי פון קראָען און קראָעשן פּלאָנטער אַנטקעגן דער וואַרעמענדיקער זון דער פרימאָרגנדיקער.

דעם פּלאַץ דורכגעגאַנגען, איז ער אויף אַ סטעזשקע אַרויף, און מיטאַמאָל האָט ער רעכטס פון זיין וועג דערזען דעם באַוואוסטן צדיקס מויערל, און ס׳האָט אים אין האַרצן אַ קיל געטאָן.

דאָס מויערל האָט אַרויסגעקוקט פון דער גרויסער מאַסע מצבות, וואָס אַרום דעם, מיט די טויבע אָנפענצטערדיקע ווענט און מיטן רויטן בלעכענעם דעכל, ווי אַ שוועמל פון גראָז, און משה אויף אַ זייטיק .סטעזשקעלע אַהין אָפּקערעווענדיק, איז, נאָך אייניקע מינוט גיין דערויף, לסוף צו דער אַלטער און קרומלעכער מויערל־טיר צוגעקומען.

די טיר איז קרומלעך אויף די זאַוויעסעס געהאַנגען און פון איר עפענונג, פון אַ קרומלעכן שפּאַלט, האָט אויף משהן מיט סקלעפּ און מיט איינזאַמקייט אַ וויי געטאָן.

ער האָט לאַנג זיך ניט געזאַמט פאַר דער טיר, האָט באַלד זיין שירעם ביי אַ וואַנט־זייט אַוועקגעשטעלט און אין דרויסן געלאָזט, און אַליין די האַנט צו דער קליאַמקע אויסגעשטרעקט, זי אָנגענומען און די טיר געעפנט.

פון ליכטיקן דרויסן געקומען און אין די אויגן נאָך פיל שיין האָבנדיק, האָט דאָך משה אינעם מויערל־פינצטערניש גלייך דערזען, ווי פון וואַנט צו וואַנט זיינען דראָטן איבערגעצויגן, און אויף די דראָטן זיינען פּלאָשקעלעך געהאַנגען, — פאַרשוואַרצט און פאַרטשאַדעט, פאַררויכערט און קוים דאָס גלאָז אַרויסצוזען — מערסטנטיילס אויסגעלאָשענע אָדער נאָך נישט אָנגעצונדענע, ↰ 59 און נאָר אייניקע פון זיי האָבן געברענט, שוואַך דעם אַרום באַלויכטן און מיט בוימל און קליינע קנייטלעך געקנאַקט און געצאַנקט.

באַלד האָט זיך פון אַ זייט פונעם מויערל, פון אַ באַנק, וואָס ביי אַ וואַנט, באַוויזן אַ קלאָר נישט אָנזעעוודיק געשטאַלט און דעם אַריינקומענדיקן משהן ווי אַנטקעגן געלאָפן.

דאָס איז געווען ליבער־מאיר דער מויערל־שמש, יענער, וואָס שטענדיקט אויפן פעלד, סיי זומער, סיי ווינטער, און וואָס פון פרי ביז נאַכט קאָן מען אים נאָר טרעפן אין מויערל; יענער, וואָס גאַנצפרי זעט מען אים לויפן אַהין, און פאַרנאַכט — אַן איילנדיקן צוריק פון דאָרט; תמיד מיטן ספר אונטער דער האַנט, אַ גראָבלעך־נידעריטשקער, מיט אַ ברוינלעך־שוואַרץ סריס־פּנים, אָן שום האָר אויף די באַקן און נאָר מיט אַ פּאָר גרוי־געציילטע האָר ביי דער גאָמבע אויף (ווען ער האָט צייט) זיי אין מויל צו בייסן. אַ קורצזיכטיקער, די בריל איז אים תמיד אויף דער שפּיץ נאָז, און מיט גרוי־קאָלירטע, שטענדיק אַרויסקוקנדיקע און צו דער פינצטערניש, ווי אַ סאָווע, געווענדטע אויגן, קוקט ער אַריבער און אַרויס פון זיי. זיין קאַפּאָטע פון בוימל פאַרפּאַפּט און פאַרטריקנט־גלאַנציק, און תמיד איז זי אין עטלעכע פאַכן מיטן גאַרטל פאַרגאַרטלט, און די צוויי פראַנדזן־עקן הענגען אים פון פאַר די לענדן אַראָפּ.

און אָט ווי משה האָט זיך דאָ נאָר באַוויזן, אַזוי האָט זיך באַלד ליבער־מאיר אויפגעהויבן פון זיין באַנק, וואָס ביי איינער אַ וואַנט, ער האָט זיין ספר אַוועקגעלייגט, יענעם, וואָס ער קוקט אין אים אַריין, לערנט אין אים באַשטענדיק, ווען ער האָט קיין אַרבעט ניט, ווען אויפן בית־עולם קומט קיינער, קיין יאָרצייט און קיין קבר־אבות־לייט, און ער האָט נישט פאַר וועמען קיין קוויטלעך צו שרייבן און קיין לעמפּלעך אָנצוצינדן.

איצט אָבער, אַז ער האָט משהן דערזען און אים דערקענט (ווייל געקענט האָט ער אַלעמען אין שטאָט), איז ער גלייך, אַפילו נישט פרעגנדיק ביי משהן, צו די דראָטן צוגעגאַנגען, ער האָט אויף גיך ביי איינעם אַ לעמפּעלע זיך גענומען פּאָרען, פון אַ פלאַש אַהין בוימל אָנגעגאָסן, און קורצזיכטיק, פון איילעניש, איבערגעגאָסן, און מיט די הענט גוואַדזשענדיק און אויף אַ נישט־געשיקטן שמש־אופן דאָס קנייטל פאַרריכטנדיק, האָט ער עס אויך אָנגעצונדן דערנאָך.

משה דערווייל — בעת ליבער־מאיר האָט ביים לעמפּעלע געטאָן — האָט אויף דער ערד און אויפן צדיקס קבר געקוקט, ווי אויך ער, דער קבר, איז פעט־פאַרפּאַפּט און פאַרטריקנט־גלאַנציק, זיינע ברעטלעך שוין צעפאָרן, און פון פיל יאָרן אָנגערוקטע קוויטלעך אַהין קוקן פון זיינע שפּאַלטן אַרויס.

דערנאָך האָט ער פון קעשענע אַ תהילימל אַרויסגענומען, און אָפּטרעטנדיק, אויף וויפיל דער דרך־ארץ פאָדערט, האָט ער זיך פאַרן קבר געשטעלט, ↰ 60 און נאָך דעם, ווי ליבער־מאיר האָט דאָס לעמפּעלע שוין אָנגעצונדן און צוריק צו דער וואַנט און צו זיין ספר זיך אומגעקערט, האָט ער גענומען זאָגן.

ער האָט לאַנג און וואַרעם תהילים געזאָגט, משה, און וואָס מער ער האָט געזאָגט, אַלץ מער האָט ער זיך צעוואַרעמט, און ווערטער האָבן אים פון מויל געשטראָמט, — יענע ווערטער, וואָס דערמאָנען אין מענטשנס זינד און שוואַכקייט און אין זיין נישטיקן און קומען־מוזנדיקן סוף:

כי עוונותי עברו ראשי כמשא כבד יכבדו ממני...
הנה טפחות נתת ימי וחלדי כאין נגדך...
אך הכל כל אדם נצב סלה... *)

און באַלד האָט ער שוין דאָס גאַנצע אַרומיקע פאַרגעסן. ער האָט זיך מיט די ווערטער צונויפגעגאָסן, און דער שטראָם האָט אים געטראָגן, און טרויער און גלייביקייט האָבן זיך געשטאַרקט אין אים, מער טרויער, ווי גלויבן... און טרערן האָבן זיך אים געגאָסן, און אַזוי לאַנג און אַזוי ווייט איז ער פאַרכאַפּט געווען פון געוויין, אַז ער האָט שוין אויף אַ קול געוויינט, און, פון מענערישער קראַפט געבראָכן, געכליפּעט.

ליבער־מאיר איז די גאַנצע צייט, ווען משה האָט געזאָגט, ווי תמיד ער איז געוואוינט געווען אויף די זאָגנדיקע און אויף די בעטנדיקע ניט צו קוקן, אויך איצט ביי אַ זייט געשטאַנען און, אין ספר אַריינקוקנדיק, פאַרטאָן געווען. אָבער אַז משה האָט געענדיקט, אַז זיין קול איז איינגעשטילט געוואָרן, און ליבער־מאיר האָט דאָס דערפילט, האָט ער ווידער דעמאָלט זיין ספר אויפן באַנק אַוועקגעלייגט, און ערשט דעמאָלט צום פון געוויין־שוין־באַרוטן משהן צוגעגאַנגען, און פּאַמעלעך און מיט אָפּשיי צו אים צוטרעטנדיק, ביי אים אויף דער סיבה פון זיין איצטיקן אויפן־„פעלד”־קומען געפרעגט.

— אַזוי, אַזוי, זיך אַ שטיקל „אָרט” קויפן, — האָט ער, נכנעדיק, ווי תמיד בעת ער שטייט פאַר אַ נגיד און ער טוט יענעמס אַלע ווערטער באַוואונדערן, משהס ענטפער איצט איבערגעחזרט.

— יאָ, — האָט משה געזאָגט.

משה האָט נאָך גערעדט מיט אַ פאַרטריקנטן און הייזעריקן האַלדז פון געוויין. ער איז אויף אַ קורצן שמועס נאָך מיט ליבער־מאירן אין מויערל פאַרבליבן. זיי האָבן וועגן בית־עולם־זאַכן געשמועסט, און אויך (ווייל ער האָט ליבער־מאירן זעלטן־ווען געזען) האָט אים איצט משה אויסגעפרעגט, ווי ס׳גייט אים און ווי זיינע פאַרדינסטן זיינען.

*) ווייל מיינע זינד זיינען מיר אַריבערן קאָפּ, ווי אַ שווערע לאַסט דריקן זיי אויף מיר. אין אַ קליין מעסטל האָסטו מיר געגעבן מיינע טעג, און מיין וועלט איז נישטיק קעגן דיר. לויטער הבל איז דער גאַנצער מענטש. אַזוי איז עס באַשטענדיק.

ער האָט דערנאָך אויך אויף אַ מילד־נגידישן און נישט־פאַרשעמענדיקן ↰ 61 אופן ליבער־מאירן פאַרן לעמפּעלע אָנצינדן באַלוינט, און ליבער־מאיר האָט אַ פּאָר היפּש־ווערטיקע מטבעות, וואָס פון אַנדערע און פון אָרעמע באַזוכער איז ער ניט געוואוינט געווען צו קריגן, אין דער האַנט דערפילט. ער איז, זעט אויס, קאָנטעט געווען זייער: ער האָט מיט זיינע גרוי־אַרויפקוקנדיקע, קורצזיכטיקע אויגן איבער דער גריל אַריבער אויף משהן געקוקט, עפּעס שטיל געמורמלט און אויף אַ שטאַמל־לשון און אויף אַ שעמענדיקן שמש־אופן אים אָפּגעדאַנקט, משהן.

און שוין: מער האָט משה אין אויערל נישט געהאַט צו טאָן. ער האָט פאַרן אַרויסגיין גאָר אַ וויילע נאָך אויף די ווענט און אויפן קבר געקוקט, און דאַן, מיטן פּנים צום קבר און מיטן רוקן צו דער טיר זיך שטעלנדיק, איז ער ווידער, ווי דער דרך־ארץ פאָדערט, אַזוי צו דער טיר צוגעקומען, זי אויפגעעפנט און אַרויסגעגאַנגען.

נישט פון אוהל און נישט צום שטאָט־אַרויסגיין אָבער האָט זיך איצט משה געלאָזט, ניין; אַז ער איז אויפן פרייען, נישט־פאַרנומענעם פּלאַץ, וואָס פאַרן אוהל, געקומען, האָט ער אין אַ זייט פאַרקערעוועט, רעכטס פון אוהל, וואו ביי אַ זייט פון פּאַרקן, אין פרונט און אַריינגעבויט אין אים, איז דעם משגיחס שטיבל געשטאַנען, מיט די קליינע פענצטערלעך און מיט דער טיר פון פאָרהייזל אין פעלד אַרויסגעעפנט.

דעם משגיחס הייזל — ווי אַלע אַזוינע ענלעכע בית־הקברות־הייזלעך, האָט מיטן אָרעמלעכן אויסזען דערמאָנט אין אַ קרעטשמע, וואָס אין אַ מיט שליאַך אָן אַ זייט פון אַ ישוב. אַ פּאָר פרי־אויפגעשטאַנענע און פאַרשעמטע קינדער האָבן זיך געשפּילט פאַר דער טיר, מיט דאָרפיש־אַראָפּגעלאָזטע אויגן, וואָס היטן זיך מיט אַ פרעמד־אָנגעקומענעם מענטשנס בליק צו באַגעגענען. אַן איינציקע ציג האָט זיך נישט ווייט אויפן פעלד־גראָז געפּאַשעט. זי איז מיט אַ שטריק צו אַ גייער, נאָך נישט געשטעלטער, הילצערנער צאַם אָן אותיות צוגעבונדן געשטאַנען, און פאַרן פאָרהייזל, פאַר דער אַריינגאַנג־טיר האָבן זיך, ווי תמיד פאַר אַזוינע הייזלעך, קיך־געשיר, שטוב־כלים און בעטגעוואַנט געטריקנט און געלופטערט.

משה איז דורכן פאָרהייזל דורכגעגאַנגען, וואו ס׳האָט מיט ליידיקע עמער, מיט פאַרדומפּענער פאַס און וואַסער געשמעקט, און אַז ער האָט די טיר געעפנט און אין שטיבל אַריינגעקומען, האָט ער אַריבער אַ האַלבן מנין יידן פאַרזאַמלטע, און, ווי ס׳ווייזט אויס, פון פריער אָפּגערעדט געווען, אויף אים שוין וואַרטנדיק געטראָפן.

דאָס זיינען געווען: ערשטנס, הירשל ליווער, דער משגיח אַליין. אַ פופציק־יאָריקער, מיטלוואוקסיק־ברייטלעכער פּאַרשוין מיט פון טאַבאַק פאַרגעלטע האָר ביי דער גאָמבע־באָרד, און די איבעריקע האָר היפּש שוין ווייסלעך. די קאַפּאָטע ביי אים, ביי די קנעפּ פון פאָרנט און ביים פאַרשפּיליען, ↰ 62 פאַרשמאָלצעוועט, אָבער ניט פון פאַרשפּיליען און נישט פון צו אָפט זיך פּאָרען ביי דער קאַפּאָטע, נאָר פון הויכלעכן בויך, האָט זיך געדאַכט, און ווי פון בויך־שמאַלץ פאַרשמאָלצן. אַ שטאַרק־באַרוטער, מיט אַ כיטרע־בורשטינענעם בליק פון אונטער אָפּלאַכנדיקע אויגן אַרויס. אַ שטאָט־מענטש און אַ בעל־דעה אין שטאָט. און די עובדה זיינע איז געווען — פאַר זיך און פאַרן בית־עולם (פאַר זיך אויף לעבן, און פאַר דעם בית־עולם וואָס מע דאַרף אויף צו קויפן און צו פאַרריכטן) פון טויט און פון לעבעדיק, פון אָרעם און פון רייך צו רייסן.

ער האָט אויפן בית־הקברות געוואוינט און „קברות־מאַן” געהייסן, אָבער ביי קבורות האָט מען אים, אויסער ביי אָנגעזעענע און רייכע, זעלטן־ווען געזען. דערפאַר אָבער האָט ער דעם טויטן קאָנטע־בוך געפירט, און יעדעס פּיצעלע אויפן „פעלד” איז אים אייגן געווען, קיין מינדסט ערטעלע פון אים פאַרהוילן, און דערום, ווען קבר־אבות־צייט, אַז אַן אָרעמאַן, אַן אָרעמער באַלמעלאָכע, פלעגט זיך צו אים ווענדן:

— ר׳ הירשל, כ׳קאָן מיין טאַטן ניט געפינען, זאָגט מיר, כ׳בעט אייך, וואו ליגט ער?

— לעבן אַ פערציקער ליגט ער, — פלעגט הירשל ענטפערן, און מ׳האָט דעם ענטפער פאַרשטאַנען, און ער האָט טאַקע באַלד געהאָלפן דעם טאַטן צו געפינען, און איז אויך אַליין געהאָלפן געוואָרן.

דאָס איז הירשל.

ס׳האָט אויך געוואַרט איציקל טשיטשבאַבע, — אַ חבר־קדישה־גבאי.

אַ מענטשעלע אַ פאַרזעעניש. נישט אַזוי מיטן קערפּער באַליידיקט, ווי מיטן פּיצל פּנימל, ווי אַ פייג אַן איינגעשרומפּנס, מיט ווייניק הערלעך אויף דעם און מיט צוויי שמאָלע אייגעלעך, ווי שפּעלטעלעך, און אויך מיטן דין קעלעכל, ווי ביי אַן ערשט־געבוירן קעצל.

ער איז שטאַרק פרום, איציקל, און פון גרויס פרומקייט קוויקט ער זיך אָפט און זופּט לופט, ווי יושקע. אַליין רעדט ער נישט און זאָגט קיינמאָל גאָרנישט, נאָר אַז אַנדערע שמועסן, שטייט ער ביי אַ זייט און האַלט עמעצן אונטער. ער טראָגט אַ היטל מיט אַ שטאַרק־ברייטן דעניק, אַ האַלב־שבתדיקע קאַפּאָטע תמיד, און צוליב דער בכבודיקער שטעלע און פּרנסה — פון גאַנצפרי שוין אין גאַרטל.

ס׳האָבן אויך געוואַרט עטלעכע נושאי־מיטה יידן, מיט שטאַרק־לאַנגע, ביז דער ערד אַראָפּ, קאַפּאָטעס, אין קורץ געכאָליעוועטע, נישט געשמירטע שטיוול, שווייגנדיקע, פאַרגליווערטע און האַלבע גולמס — פון פיל טויטן זיך אָנזען און פון פּאַרען זיך מיט טויטע. אויך אַ פּאָר גרעבער־יידן, יענע, וואָס מע זעט זיי אָפט אין פעלד פון אַ נישט־דערגראָבענער גרוב מיט די קעפּ אַרויסשטעקן, כמעט זקנים שוין, וואָס האָבן זיך אויפן פעלד און ביים קברים־גראָבן ↰ 63 געעלטערט, אָבער מיט געזונטע פּלייצעס נאָך, ברייטע און האַמעטנע — איינער אין אַ זשילעט אָן אַרבל, און דער צווייטער מיט אַ ווינטערדיק וואַטאָווע לייבל אויף די אַקסל אַרויפגעוואָרפן.

אָט די אַלע האָבן, ווי געזאָגט, ווי ווייזט אויס, שוין פון פריער אָפּגערעדט געווען, געוואַרט אויף משהן און איצט, אַז ער איז אין שטיבל אַריין, זיינען זיי שוין גרייט געשטאַנען אַלע: הירשל מיטן פעלד־בוך אין האַנט, און אַלע איבעריקע, אַז זיי האָבן משהן אויף דער שוועל דערזען, האָבן געטאָן דאָס זעלבע, וואָס הירשל האָט געטאָן, אים דערזעענדיק: אַלע האָבן די פּנימער צו דער טיר אויסגעדרייט; און נאָכדעם ווי מע האָט צוליבן כבוד פון משהן, אייניקע מינוט נאָך אין שטוב און ביי אַן איבערגעכאַפּטן שמועס זיך פאַרהאַלטן, האָט הירשל „קומט, יידן” אַ זאָג געטאָן, און אַלע האָבן זיך צו דער טיר געלאָזט און צוזאַמען מיט משהן צוריק אין „פעלד” אַרויס.

באַלד האָט דאָס גאַנצע פעלד און אויך די הויכע איינציקע לינדן־ביימער, יענע, וואָס מיט די פיל קראָ־נעסטן באַזעצט, אַ בינטל יידן צוזאַמען זיך האַלטנדיקע און איינס לעבן אַנדערע שפּאַנען, געזען: הירשל ליווער מיט משהן בראש, און הינטער זיי די איבעריקע, נישט ווייט אָפּגעטראָטן.

הירשל, דעם בוך האַלטנדיק, האָט איצט אויסגעזען, ווי אַ סוחר, וואָס איז אַרויס מיט אַ קונה אויף זיין סחורה־לאַגער־פּלאַץ, און טוט אים באַווייזן, וואָס ער פאַרמאָגט, און וואָס ער וויל אים פאַרהאַנדלען. יעדעס ווינקעלע אויפן בית־עולם איז דאָך הירשלען באַקאַנט, יעדעס מינדסט ערטעלע באַוואוסט, וואו ווער ס׳ליגט, וואו וואָס פאַר אַן אָרט איז מער חשוב, און וואו וואָס פאַר אַ חשוב ס׳וואָלט געוואָלט ליגן...

„און אָט, — האָט ער איצט משהן פון אָרט צו אָרט געפירט און אים געוויזן, — און דאָ איז, ווי ער זעט, שוין פאַרנומען, און דאָרט שוין פאַרקויפט, און נאָר אייניקע ערטער, געציילטע און לעבן גאָר גרויסע לייט, זיינען אים נאָך פאַרבליבן, וואָס ניט פאַר אַבי־וועמען האַלט ער זיי, און ניט יעדער, אַפילו פאַר גרויס געלט, קאָן זיי קריגן, און זאָל ער, משה, אַליין זען, וואָרעם צו רעדן איז דאָך ניט שייך, און זאָל ער זיך, וואו און וואָס אים געפעלט, זיך אויסקלייבן לפי־כבודו”...

— אַוודאי, אַוודאי לפי־כבודו, — איז איציקל טשיטשבאַבע דאָ פון אַ זייט אויסגעוואַקסן מיטן ברייטן היטל־דעניק, מיטן פּיצל פּנימל און מיטן קעצל־קולכל, הירשלען אונטערהאַלטנדיק און ווי אויך משהן צופּסקענדיק.

— יאָ, יאָ, — האָבן אויך די גולם־שמשים נאָכגעזאָגט און אויך די פּאָר קברים־גרעבער — אויף זייער אופן גראָבלעך.

שפּעטער אַ ביסל האָט מען געקאָנט זען, ווי אויף איינעם אַן אָרט האָט זיך דאָס פריערדיקע יידן־בינטל שוין לענגער פאַרהאַלטן און אויף אַ היפּש שטיקל צייט אויך דאָרט פאַרבליבן.

↤ 64

הירשל, האָט מען געזען, האָט, אויף יענעם אָרט שטייענדיק, עפּעס אין בוך אַריינגעשריבן, און די גרעבער האָט ער אַ באַפויל געגעבן, זיי זאָלן דאָס אָרט באַלד אָפּגרייזן און אַ סימן אויף „פאַרנומען” מאַכן. און די גרעבער האָבן טאַקע אַזוי געטאָן און זיך היפּשלעך צייט געפּאָרעט און פון דינע ברעטלעך עפּעס אַ דערווייליקע צאַם געמייסטרעוועט.

משה דערווייל האָט, בעת די גרעבער האָבן זיך ביי דער צאַם געפּאָרעט, אויף דער ערד געקוקט און זיך פאַרטראַכט, און צוליב חשיבות פונעם מאָמענט פאַר משהן, האָבן אים די איבעריקע ווי אַליין געלאָזט און פון צו שטערן זיך אָפּגעהאַלטן.

אין יענעם מאָמענט האָט אינעם שטאַרק־צעעפנטן און זוניקן חלל פון פרימאָרגן עפּעס אַ יונגע קראָ פון אַ הויכן בוים אַ קראָקע געטאָן, און משה האָט זיך פון פאַרטראַכטקייט און פון אומגעריכטקייט אויף צוריק אַ דריי אויס געגעבן.

ער האָט דעם בוים געזוכט און אים ניט געפונען, און אָנשטאָט דעם בוים האָט ער פּלוצלונג דערזען אויף דער ווייטער אייזנבאַן־ליניע אַ לאָקאָמאָטיוו, אַ פּעכקענדיקן און ווייסן רויך לאָזנדיק, וועלכער האָט אַ לאַנגן און שווער־באַלאָדענעם פּראַכט־צוג נאָך זיך געשלעפּט, מיט אַ לאַנגער ריי אַלצאיינס רויט־געפאַרבטע וואַגאָנעס און מיט שוואַרצע רעדער אין איין מאָס לויפנדיקע, זיך איילנדיקע און ווי אויף איין אָרט שטייענדיקע.

דער צוג האָט איצט מיט זיין אייגענער מחשבה וועגן אָנקומען און פאַרגיין געשטימט, אים דערמאָנט... און דער לאָקאָמאָטיוו האָט באַלד טאַקע אָט די דערמאָנונג ווי באַשטעטיקט: ער האָט אַ שניידנדיקן לאַנג־צעצויגענעם און צו דער סטאַנציע צו־וויסן־געבנדיקן פייף אַרויסגעלאָזט. משה האָט פון אומגעריכטן פייף אַ ציטער געטאָן, און ער האָט זיך באַלד צו די גרעבער, וואָס ער האָט זיי ביי דער ערד־מלאכה הינטער זיינע פּלייצעס געלאָזט, זיך אויסגעקערעוועט און — דערזען: שוין, די צאַם שוין פאַרטיק, און די גרעבער האָבן שוין זייער אַרבעט פאַרענדיקט.

דעמאָלט האָט זיך דאָס גאַנצע בינטל ווידער מיט די זעלבע, וואָס פריער, בראש, צוריק דורכן פעלד צום אוהל צו און צו הירשל דעם משגיחס שטיבל געלאָזט, און צוריקגייענדיק האָבן אַלע איצט עפּעס באַזונדער צופרידן און אויפגעלייגט אויסגעזען: משה, וואָס געקויפט, הירשל, וואָס פאַרקויפט, איציקל דערפאַר, וואָס הירשל און אַנדערע זיינען צופרידן, און אויך די שמשים און גרעבער אויפגעלייגט, ווייל זיי האָבן אויף משקה און אויף דאָס „אָרט צו באַנעצן” אַרויסגעקוקט.

און מע האָט טאַקע „באַנעצט”... אַז אַלע זיינען ווידער צו הירשלען אין שטוב אַריין, איז הירשל באַלד צו דער אַלטמאָדישער, נידעריטשקער גלעזערנער שאַפע צוגעגאַנגען, פון אַ פּאָליצע פון דאָרט קעלישעקלעך, משקה ↰ 65 אויך צובייסן, וואָס ער האָט באַשטענדיק פאַר אַזוינע פאַלן (און אויך נישט נאָר פאַר אַזוינע) געהאַלטן, אַרויסגענומען, ער האָט אויך אַלעמען, אויסער משהן( ווייל ס׳איז היינט אַ תענית־טאָג געווען ביי משהן) אָנגעגאָסן. די יידן די גרעבער האָבן, די שטאַרקע משקה טריקענדיק, פון הנאה און פון די הויכע גראַדוסן, קרעפטיק געקראַכט, און, ווי הינט פון וואַסער אַרויסקומענדיק, געפּאָרשקעט; די שמשים האָבן, נאָכן טרינקען, שטיקלעך פאַרבייסן געכאַפּט און די קעפּ און די אויגן אָן אַ זייט אָפּגעקערעוועט; איציקל האָט אַ שלוקערץ געטאָן און דאָס פּנימל איז אים בלאַס געוואָרן; און הירשל — געוואוינט און נישט צו דערקענען אויף אים — האָט געטרונקען און געווינטשעוועט, און אויך אַלע איבעריקע האָבן אים, משהן, צו ווינטשעווען אונטערגעהאַלטן.

און נאָכן טרינקען איז מען אַ וויילע נאָך אויף די ערטער געבליבן, מע האָט שטייענדיק, פון שטאָט־ און בית־עולם־זאַכן געשמועסט און, אויפגעלייגטלעך, זיך קורצע נייסן איבערגעגעבן. און לסוף, פאַר משהס אַוועקגיין און בעת זיך געזעגענען מיט אַלע, האָט זיך משה צו די אַלע, וואָס זיינען ביי דער קניה און אויך ביי דער משקה בייגעווען, זיך געווענדט, און אַלע אָן אויסנאַם צו זיך אויף היינט אויפדערנאַכט אויף אַ סעודה פאַרבעטן:

— קומט צו גיין, יידן, קומט אַלע, — האָט ער זיך אויך צו די שמשים און גרעבער געווענדט.

2

שוין לאַנג, אַז משה האָט פון זיין ברודער לוזי קיין בריוו, קיין גרוס און קיין שום ידיעה ניט געהאַט.

אמת, ס׳איז שוין קיין נייס ניט געווען דאָס לאַנגע שווייגן און דאָס נישט־לאָזן־הערן פון זיך לוזיס: ער, משה, איז שוין געוואוינט געווען דערצו, און אָדער, — פלעגט ער זיך אין אַזוינע פאַלן טראַכטן, — ער געפינט זיך איצט אין זיין קליין שטעטעלע, וואָס אויף דער גרענעץ ערגעץ פאַררוקט, אָדער ער איז אויף זיינע זוך־רייזעס ווידער, פאָרט פון „הויף” צו „הויף” פון רבין צו רבין און אַמאָל דאָ, אַמאָל דאָרט, וואו מער און וואו ווייניקער, פאַרברענגט דאָרט זיין צייט אַלס „יושב”.

טראַכטנדיק פון אים, פלעגט ער זיך אים אין דער מחשבה פאָרשטעלן און מיט הנאה און ברידערלעכן איבערנעמען אַמאָל אים טרעפן אין איין רבינס הויף, אַמאָל אין אַ צווייטן, אָבער מערסטנטייל טאַקע ביי זיין אייגענעם רבין, וואוהין ער, משה, פלעגט פאָרן.

אָט זעט ער:

אַ שטעטעלע, ווי אַלע שטעטעלעך, אָרעמלעך און שטויביק, געסלעך נישט געסלעך, מיט נידעריק־ביי־דר׳ערדיקע הייזלעך, האַלב אויסגעקרימט, האַלב פאַרזונקען.

↤ 66

אינעווייניק, אין שטעטעלע — נישט געקערט און קויטיק. דערפאַר אָבער איז דאָס פון דרויסן מיט צוויי אַנטקעגנאיבער־שטייענדיקע בערג, מיט סאָסנע־וואַלד באַוואַקסן, אַרומגענומען.

דער וואַלד מאַכט דאָס שטעטעלע, ווען מע קוקט דערויף פון ווייט, באַשטענדיק דרעמלען. און אויך דער וועג, וואָס פירט אַריין און אַרויס פון שטעטעלע, דרעמלט, — מערסטנטיילס אַליין און נישט צו זען אויף אים קיינעם, אַמאָל נאָר אויך מיט אַ פּויער אויף אַ פור אַ דרעמלענדיקער; אַמאָל, און זעלטענער, זעט מען אַ יידישן באַלעגאָלע מיט אַ בויד טומלדיקע און פאַרשטויבטע פּאַרשוינען געפּאַקט, מיט אַ טויבלעכן גלאָק און יידיש־פּאַרשוינישן גאָנערן פאַרביי איילן; גאָר זעלטן זעט מען אויף יענעם וועג, ווי אַ פאַרבלאָנדזשעטן, אויך אַ פּריצישן פאַעטאָן אַמאָל דורכפאָרן.

דאָס שטעטעלע, זעט משה (ווייל ס׳איז מיטנוואָך איצט), איז פּוסטלעך: ווי שוין לאַנג קיין יאַריד נישט געווען, און לאַנג ביז אַ יאַריד נאָך צו וואַרטן. געסלעך האַלב־טויטע און קלייטעלעך האָבן ניט ביי וועמען צו לייזן און צו פאַרקויפן, וואָס זיי פאַרמאָגן.

די מער־פאַרמעגלעכע האַלטן זייערע אויסשטעלונג־סחורה פאַר די טירן אין קוישלעך אויסגעשטעלט, און ביי די ווייניקער־פאַרמעגלעכע הענגען די סימנים פון אויסשטעלונג אויף די טירן און אויף די לאָדן פאַרדאַרט און פאַרטריקנט: געזאַלצענע פישלעך אויף אַ שטריקל, אַ בינטל פייגל, אַ קרענצל פאַרשרומפּענער טערקישער פעפער.

אויף די גאַסן זעט מען איצט קיינעם. יידן — אין די קרעמלעך, יינגלעך — פון גאַנצפרי אין די חדרים, און מיידלעך אין דער היים — מיט די מוטערס געבליבן ביים קאָכן, ראַמען, אין שטוב און אין באַלעבאַטישקייט צו העלפן. דעם רבינס הויף, וואָס שטייט אינמיטן שטאָט, און איז מיט אַ גרעסערן פּלאַץ אַרומגערינגלט, צייכנט זיך פון די איבעריקע הייזער אויסערלעך מיט גאָרנישט ניט אויס, אויסער נאָר, וואָס ער איז מיט איינעם אַ שטאָק העכער פון די איבעריקע הייזער, און אויסער דעם אויך, וואָס אַ קלויז שטייט דאָרט אין הויף.

דער הויף — אַ גראַמלעכער און פון פיל גיין און פוס־טופּען איז די ערד דאָרט שטאַרק איינגעטראָטן. אין יענעם הויף, תמיד אין אַן ערב־שבת אָדער יום־טוב, טוט און טומלט זיך דאָרט פיל: שמשים טראָגן דעמאָלט טיש־און־בענק פון הויז אין קלויז, און דער באַשטענדיקער פיש־קאָכער פון „הויף”, שטייט איבער אַ פייער, וואָס אין אַ גרוב צעלייגט, און אויפן פייער אַ פּאַן, און אין פּאַן פיש, און הויף־לייט און גאַס־יינגלעך אַרום אים, אַרום פייער, קוקן, ווי די פיש קאָכן זיך.

אָט דער הויף איז איצט פּוסט, ווייל ס׳איז קיין יום־טוב און קיין ראש־חודש.

↤ 67

קיין שמשים און גבאים זעט מען ניט. זיי געפינען זיך איצט מערסטנטייל אין זייערע היימען־אכסניות, וואָס די ווייבער זייערע פירן און האַלטן זיי פאַר פרעמד־אָנגעפאָרענע אורחים, און וואָס אויף זייערע, אויף די ווייבערשע נעמען, רופן זיך טאַקע די אכסניות: שרה־חנהס ,גיטל־לאהס א. אַז. וו. און אַזוי ווי די שמשים און גבאים האָבן איצט קיין אַרבעט ביים רבין, געפינען זיי זיך איצט ביי זיך אין דער היים אַרבעט.

אָפט קאָן מען איצט זען אַזאַ גבאי אָדער שמש ביי זיך אין אכסניה אַרויסלויפן פון אַ פּוסטן אורחים־צימער, — אַ צעפּאַטלטן און אַ שלעכט־פאַרשפּיליעטן, ווי זיי זיינען געוואוינט ביים רבינס טיש אָדער בעתן באַדינען דעם רבין, — ער לויפט אַרויס און לויפט דורך דאָס איינפאָר־הויז, — יענץ איינפאָר־הויז, וואָס טיילט די שטוב אויף צווייען, און וואָס טיף דאָרט איז פאַראַן אַן אָרט פאַר פערד־און־וואָגן אונטער אַ הויכן און שלעכט־סטריכענדיקן דאַך, פול מיט פלעדערמייז און שוואַלבן, — לויפט דאָס הויז דורך און כאַפּט אַ קוק צו זיין ווייב, וואָס דאַרף זיך איצט געפינען אין דער צווייטער העלפט שטוב, אין קיך, טרעפט אָבער נישט דאָס ווייב, נאָר אַ זיך־אַריינגנבענענדיקן פרעמדן הונט דאָרט שטיין, און שרייט:

— שרה־חנה, טרייב אַרויס דעם הונט, ער וועט אויסכאַפּן דאָס פלייש.

אָדער:

— שרה־חנה, אַ חזיר איז ביים צעבער, טרייב אים אַרויס, דעם חזיר!

ס׳איז שפּעט אין פרימאָרגן, אין רבינס הויף איז, ווי געזאָגט, שטיל און קיינער קומט ניט.

פון צייט צו צייט נאָר באַווייזן זיך פון אַ פענצטער פון אייבערשטאָק אַ פּאָר, פון גאַנצפרי זיך לאַנגוויילנדיקע, יונג־מיידלשע, רבינס־טעכטערשע געשטאַלטן, און פון נישט האָבן צו טאָן און מיט קיין זאַך ניט באַשעפטיקט, ווי פריי־געפאַנגענע, קוקן זיי אין דרויסן אַרויס.

אויך אין קלויז איז דעמאָלט שטיל, דער פרימאָרגן־מנין האָט שוין אָפּגעדאַוונט, און קיין אַנדערע און מער מנינים זיינען, איבער מאַנגל אין מענטשן — סיי היגע, סיי אָנגעפאָרענע — ניטאָ.

אָט דעמאָלט זעט משה זיצן זיין לוזין איינעם אַליין אין קלויז אין אַ ווינקל. פריער אין טלית און אין תפילין, שפּעטער — נאָר אין טלית, — און אין אַ ספר אַריינקוקן און לערנען...

אַן אַלט־בלינדלעכער, שקראַבענדיק־אומבלאָנקענדיקער שמש דרייט זיך אַרום אין מערב־זייט, און — אָדער ער ווישט אַ פאַררויכערט לאָמפּן־גלעזל, מיט אַ שמאַטע אויף אַ שטעקל אָנגעטאָן, אָדער ער צעהענגט דעם נאַסן האַנטעך פון פרימאָרגן אויף אַ גאַנצן טאָג זיך טריקענען.

מאַכט זיך דעמאָלט:

אַ פרעמדער ייד, נאָר־וואָס פון וועג אָנגעקומען, וואָס האָט באַדאַרפט צום ↰ 68 רבין נייטיק און האָט זיך פרי שוין אָפּגעפּראַוועט און איצט איז ער אַריין אין קלויז אויף אָפּדאַוונען, קומט און דערזעט לוזין, איינעם אַליין ביי זיין ספר אַן אַריינגעטאָנענעם, און ער דערפילט, אַז קיין היגער איז ער ניט, דער לוזין, און אויך דעם רבינס קיין מקורב און קיין אורח ניט, ווייל וועדליק פאַר אַ היגן האָט ער צופיל צייט, און פאַרן רבינס אַ מקורב וועדליק זעט ער עפּעס צו פרעמדלעך אויס.

און ער פאַראינטערעסירט זיך, דער ייד, און וויל וויסן,ווער ס׳איז, ווייל עפּעס אַן אויסטערלישער, זעט ער, איז ער, דער לוזי, און מיט ניט קיין געוויינלעך הדרת־פּנים. און ער ווענדט זיך צום שמש, אָדער צו אַן אַנדערן וועמען, ווער, אויסערן שמש, אין קלויז אַמאָל דעמאָלט געפינט זיך, און טוט אַ פרעג, מיט די אויגן אויף לוזין אין ווינקל אָנווייזנדיק:

— זאָגט מיר, כ׳בעט אייך, ווער איז ער, דער ייד?

און דער שמש, אָדער דער אַנדערער, ווער ס׳ווערט געפרעגט, פאַרחידושט זיך אויפן יידן, און דער ייד באַקומט פון געפרעגטן אַ גליק אַ פאַרוואונדערטן, און צוזאַמען מיטן בליק אויך אַן ענטפער אַ צוריק־אָפּפרעגנדיקן:

— ער ווייסט ניט? טאַקע? ס׳איז דאָך לוזי... לוזי מאַשבער.

— אַזוי? — באַוואונדערט באַלד דער ייד זיין נישט־וויסן, ווי פאַרשעמטלעך, — אַזוי, — און ער בלייבט אַ פּאָר מינוט פונווייטן מיט די אויגן ווי צו לוזין צוגעבונדן.

ווייל, וויבאַלד „לוזי”, ווייסט שוין אויך יענער, וואָס האָט פריער אַ מינוט ניט געוואוסט, אַז דאָס איז דער, וואָס גרויס כבוד און אויסערגעוויינלעך גאַסטפריינטלעכקייט אין יעדן רבינס הויף אויף אים וואַרטן; דאָס איז דער, וואָס ביי די גרעסטע „טישן” איז אים דאָס בכבודיקסטע און שענסטע אָרט געזיכערט, און דאָס איז אויך דער, וואָס יעדער „הויף” וואָלט פאַר זיך פאַר אַן ערע געהאַלטן און זיך געווינטשעוועט אַזאַ איינעם צו זיך פאַר אַ מקורב אַריינצובאַקומען און פאַר אַ שטענדיקן „פאָרער” צו זיך צו דערווערבן.

אַזוי טראַכט דער ייד דעמאָלט, און אַזוי טראַכט אויך משה וועגן לוזין, און מיט באַהאַלטענעם איבערנעמען־זיך שטאָלצירט ער און שטעלט זיך אים פאָר באַשטענדיק, און אַזוי האָט ער אויך די לעצטע צייט, נאָך דעם, ווי ער האָט פון אים, ווי געזאָגט, לאַנג קיין בריוו און קיין גרוס ניט געהאַט, געטראַכט, און דערביי זיך אויך באַרואיקט.

נאָר פּלוצלונג האָט ער אין איינעם אַ טאָג מיט אַ באַלעגאָלישן שליח פון לוזין אַ בריוו צוגעשיקט באַקומען, אַן אומגעוויינלעך־איבערראַשנדיקן, און דער בריוו האָט אים שטאַרק אויפגערודערט און אַלע זיינע ביזאַהעריקע פאַרשטעלונגען וועגן לוזין צעשטערט.

↤ 69

לוזי האָט געשריבן: *)

”געלויבט איז השם יתברך... דער טאָג... צו דער פּרשה... יאָר... צום קליינעם פּרט, דאָ, די שטאָט אומאַן.

צו ערן מיין ברודער, מיין לייבגעליבטן משהן. זיין ליכט זאָל לויכטן.

נאָכן פאָרשן דיין פרידן, קום איך דיר צו וויסן געבן די נייס און וויכטיקייטן, וואָס האָבן מיך געטראָפן, זינט איך האָב זיך געשיידט פון דיר שוין אַ יאָר מיט חדשים.

דו ווייסט מיין צער, זינט ס׳איז געפילן דער האַר, ס׳איז אָפּגעטאָן געוואָרן די קרוין און צוגענומען דער אָרון־קודש מיטן טויט פון מיין רבין און מדריך, דאָס מיינט מען, אונדזער הייליקן רבין פון וועלעדניק — די דערמאָנונג פונעם צדיק זאָל געבענטשט זיין, — וואָס נאָך אין מיין יוגנט האָב איך זיך באַהעפט און צוגעבונדן צו אים מיט אַ ליבע־בונד אויף ניט איבערצורייסן. כ׳האָב איבערגעענטפערט מיין נשמה אין זיין האַנט, אין די הענט פונעם צדיק, דעם גרונט פון דער וועלט, און בין זיכער געווען אין אים און אין איבערגעענטפערטן: ער האָט מיך געהאַלטן די גאַנצע צייט און מיך געפירט אין זיינע וועגן, די וועגן פון לעבעדיקן גאָט. אַזוי ביי זיין לעבן. נאָך זיין טויט אָבער, אַז ער האָט פאַרלאָזט אונדזער נידעריקע וועלט, האָט ער מיך פאַרלאָזט אויף אַנגסט, ווי אַ בלאָנדזשענדיקן אין דער מדבר. כ׳האָב אים פאַרלוירן און פאַרלוירן אַלץ... כ׳האָב אומגעוואָגלט פון שטאָט צו שטאָט, פון איין צדיקס הויז צום הויז פון צווייטן, און קיינער פון זיי הייבט ניט אַרויף מיין גייסט העכער פון יענעם שטאַפּל, אויף וועלכן כ׳האָב אַרויפדערלאַנגט און אויפגעגאַנגען מיט אייגענעם כוח און מיטן כוח פונעם רבין, בשעת ער האָט געלעבט, און פון וועלכן איך האָב צען שטאַפּלען נידעריקער אַראָפּגענידערט נאָך זיין טויט.

און דאָס איז דאָך דיר באַוואוסט, ברודער און לייבגעליבטער חבר, אַז צו דער שטיצע און צו דער הילף פון אַ צדיק, וואָס פאַרמיטלט צווישן אַ מענטשן און זיין שעפער, מוז אַ מענטש אָנקומען, באַזונדערס און אַממערסטן. אין אָט דער צייט, אויף זיין עלטער, ווען זיין זון הייבט זיך אָן נייגן אויף מערב, און אירע שאָטנס, רחמנא־ליצלן, ציען זיך שוין אויס אין דער לענג...

כ׳האָב זיך שוין געהאַט מייאש געווען, געמיינט, כ׳וועל שוין נישט געפינען וואָס איך זוך, כ׳האָב פאַרבראַכט גאַנצע טעג אין תפילה, און פון הימל האָט מען זיך איבער מיר דערבאַרעמט און מע האָט מיר אַראָפּגעענטפערט.

*) דער בריוו איז געשריבן אַ י; אַ מליצהדיקן חסידיש־למדנישן העברייאיש. צוליב פאַרשטענדלעכקייט וועגן גיבן מיר אים דאָ אין אַ כמעט-ווערטערלעכער איבערזעצונג אין יידיש.

און אָט איצט איז מיין מויל און האַרץ פול לויב און דאַנקבאַרקייט צו ↰ 70 גאָט דעם דערבאַרעמדיקן, וואָס דערלאַנגט אַ האַנט צו די, וואָס טרינקען זיך, וואָס האָט מיך ניט געלאָזט אַראָפּזינקען אין טיפן זומפּ, דאָס מיינט מען, אין גייסטיקער אָרעמקייט און שפלות.

און געוויס איז דער זכות פון אונדזערע עלטערן, ובפרט דער זכות פון אונדזער הייליקן פאָטער, מיר בייגעשטאַנען. און נון, האָט מיך דער אייבערשטער באַגליקט, מיך געפירט און געבראַכט אַהער, אין דעם אָרט, וואו איך בין געקומען אין אַ נייעם בונד, אין אַ פעסטן, מיט די גייסטיק־פעסטע פון יענעם גרויסן מאַן, דעם געטלעכן צדיק, דעם הייליקן רבין ר׳ נחמן, דאָס אייניקל פון בעל שם־טוב — זיין דערמאָנונג זאָל געבענטשט זיין: — וואָס ווערט אָנגערופן „דער בראַסלעווער” און מיין לייב האָט אויפגעלעבט.

און נון, זיץ איך איצט שוין אַ שטיק צייט דאָ, אין דער שטאָט אומאַן, דאָס אָרט, וואו דער אויבן־דערמאָנטער צדיק איז באַגראָבן. כ׳באַזוך אַלע טאָג זיין קבר, כ׳דאַוון אין זיין בית־מדרש, האָב זיך באַקענט און געקומען אין ענגן קרייז מיט די, וואָס ליבן זיין נאָמען, האָב געלערנט אין זיינע הייליקע ספרים, כ׳האָב אַראָפּגענידערט אין זייערע טיפענישן און אויפגעבראַכט פיל פּערל...

און כאָטש, טייערער ברודער, כ׳ווייס, אַז דער וועג, וועלכן איך האָב אויסגעקליבן, איז ניט אויסגעטראָטן, און פיל שטרויכלונגען און שטער־שטיינער פאַר די, וואָס גייען אויף אים. און דער עיקר, פיל פיינט און בייזוויליקע רייד אַרום דעם נאָמען, שיטה און תורה פון דעם אויבן־דערמאָנטן ר׳ נחמנען, אָבער מיטן כוח פון אייבערשטן, וואָס גיט דעם מידן כוח, וועל איך זיך שטעלן קעגן אַלע האַסערס און בייז־באַריידערס און וועל מאַכן אַלע זייערע טענות און זייערע פיילן, אָנגעשמירטע מיט גיפט, צו נישט. אַזוי ווי דו וועסט זען, אַז כ׳וועל, אים ירצה השם, קומען אינגיכן צו דיר אין הויז, מירן זיך זען און מירן רעדן וועגן דעם ענין לאַנג און קורץ.

און דערמיט וועל איך מקצר זיין, מחמת ס׳איז פיל צו טאָן צו גאָט, און דער זמן איז קורץ. און איך קום זאָגן פיל פרידן צו דיר, אויך גריסן דיין ווייב, מרת גיטעלע, זאָל לעבן, און אויך אַלע פון דיין הויזגעזינד, די גרויסע, ווי די קליינע, וואָס זיינען מיר טייער און צום האַרצן נאָענט.

דאָס זיינען די רייד פון דיין ברודער לוזי, דער זון פון אונדזער האַר דעם פאָטער יואל, זיין רואונג זאָל זיין אין גן־עדן, און ער זאָל אונדז שטיין צו אונדזער רעכטער האַנט צום סוף פון די טעג, אַז משיח וועט קומען. אָמן.”

* *
*

אין דער נאַכט, וואָס נאָך יענעם טאָג, ווען משה האָט אָט דעם בריוו באַקומען, האָט זיך אים געחלומט:

ער שטייט פאַר אַ שפּיגל, פאַרן לאַנגן וואַנט־שפּיגל ביי זיך אין זאַל. קיינער איז נישטאָ. ער קוקט אויף זיך...

↤ 71

— זע, — זאָגט ער, — שוין, דאַכט זיך, גאָר ניט אַזוי יונג, אַ זיידע דאָך שוין, און קיין איין קנייטש ניט אויפן פּנים, און בכלל, נאָך קיינע סימנים פון עלטער... די האָר פון קאָפּ און באָרד — גאָלד־געלבלעך, דאָס פּנים — פריש, אויפגעלייגטלעך, און די קליינע קנייטשעלעך ביי די אויגן — דאָס איז פון זיין טבע זיי צו זשמורען ביי דער שיין און ליכט און אויך ביי אָפטע אינעווייניקסטע פאַרגעניגנס. דער קערפּער פול, גלאַט, און די קליידער ליגן אויף אים, ווי שטייף געפּאַקט.

ס׳טוט אים (אויף וויפיל ס׳מעג אים טאָן) הנאה פון זיך, אָבער באַלד וויל ער שוין (מחמת מורא פאַר איבערנעמען זיך און צופיל צו טאָן האָבן מיט אַזוינע זאַכן, ווי מיט קערפּערלעכקייט) פון שפּיגל אָפּקערעווען.

נאָר פּלוצלונג דערזעט ער: זע, — זאָגט ער, — וואָס אי־דאָס?

עפּעס אויף זיין שטערן, ווי אַן אות אויסגעשטעמפּלט, רויט, וואונדיק, און ווי אויסגעבריט.

ער קוקט זיך צו: אַ „ת” אויפן שטערן. ער דערשרעקט זיך, און „וואָס זאָל דאָס זיין?” — טראַכט ער זיך. און ער דערמאָנט זיך, וואָס „ת” קאָן באַטייטן: „תחיה” (וועסט לעבן), אָדער „תמות” (וועסט שטאַרבן), און ער כאַפּט מיט דער וואַנט און טוט זיך אַ וויש איבערן שטערן, און ער דערשרעקט זיך פאַר זיין האַנט, און כאַפּט זיך באַלד אויף אַ דערשראָקענער; האַ... אָבער ס׳געדויערט נישט לאַנג, און ער ווערט ווידער אַנשלאָפן, און ס׳חלומט זיך אים ווידער.

ס׳אַ שמחה ביי אים אין הויז, אין שטוב פיל מענטשן. אַלע נאָענטע און אייגענע — אויפגעלייגטע און אים צום האַרצן נאָענט. די צימערן פול, כאָטש ער, משה, געפינט זיך אין עס־צימער, וואָס איז פון ליכט און לאָמפּן באַלויכטן, דאָך, דאַכט אים, אַז ער זעט, וואָס אין אַלע צימערן טוט זיך, גלייך זיי וואָלטן איינס פון אַנדערן מיט קיין וואַנט ניט אָפּגעטיילט זיין.

ער איז אין דער שוואַרץ־זיידענער קאַפּאָטע און אין גאַרטל. די קאַפּאָטע ביי זיין לינקער זייט ברוסט שטייט אַ ביסעלע אָפּ איבער דער פאַטשיילע, וואָס ער האָט דאָרט, און וואָס אַלע וויילע נעמט ער זי אַרויס, ווישט מיט איר דעם שווייס און נחת פון שטערן און קערט זי באַלד ווידער אַהין צוריק. דאָך פילט משה אויך, ווי דורך דער פאַטשיילע, די קאַפּאָטע, ווייל די ברוסט, פילט ער, פון פרייד וואַקסט אים.

קינדער און אייניקלעך, קרובים און באַקאַנטע, זעט ער, קוקן און פרייען זיך מיט אים, און ער אַליין, ווי תמיד אין אַזוינע פאַלן, קאָן די אויגן פון פאַרגעניגן ניט האַלטן אָפן, זשמורעט זיי און קוקט, ווי דורך שפּעלטעלעך שמייכלענדיקע.

אַלץ גוט און וואויל. נאָר איין וואָלקנדל פילט משה אויף זיין שמחה־הימל: עפּעס פילט ער די גאַנצע צייט איינעם אַ פרעמדן ביי זיך אין שטוב, און ↰ 72 עפּעס ניט קיין ייד, דאַכט אים, און וואו ער טוט מיטן אויג נישט קיין בליק, אַזוי זעט ער אים און געפינט אים דאָרט. און דאָס איז — זע, דער פּריץ, דער, ביי וועמען ער האָט מיט יאָרן־לאַנג צוריק געקויפט דעם הויף, די שטוב, דאָס מעבל און דאָס הויז־ראָד, ווען יענער, דער פּריץ, איז יורד געוואָרן און האָט געהאַלטן ביי אָנזעצן, און ביי אים, ביי משהן, איז גראָד דעמאָלט אַ גוט יאָר געווען, ס׳האָט אים שטאַרק געגליקט און די געשעפטן זיינען אים דעמאָלט אויסערגעוויינלעך גוט געגאַנגען...

און ער חידושט זיך, משה: יאָ, דער פּריץ. אָבער ווי קומט ער גאָר אַהער, ווער דאַרף אים, ווער האָט אים גערופן, און ווער — איינגעלאַדן?

אין דער זעלבער צייט ווערט משה פון אַן אַנדער רעדל מענטשן אַרומגערינגלט, און מע ווינטשעוועט אים, און ער נעמט אָן דאָס ווינטשעווען און ווינטשעוועט צוריק. און ער פאַרגעסט זיך אויף אַ וויילע אינעם פרעמדן, אין יענעם, וואָס איז אים נישט אָנגענעם.

און מיטאַמאָל באַמערקט משה, אַז דאָס ליכט אין שטוב, און דער עיקר דאָס, וואָס הינטער זיינע פּלייצעס, לעשט זיך און ווערט טונקעלער. אַז ער דרייט זיך אויס, באַמערקט ער: אַ שטילשווייגן, און ווי די שמחה וואָלט אינמיטן עפּעס איבערגעריסן און אָפּגעשטעלט געוואָרן. אַלע דרייען פון אים די קעפּ אָפּ, און רעדלעכווייז און בינטלעכווייז פאַרגייט מען, מע פאַרבלאַסט און אין טונקלקייט ווערט מען ווי שאָטנס אַלע.

און מיטאַמאָל קערעוועט ער אויס דעם קאָפּ צו דער שטוב־טיר, גלייך עמעצער וואָלט אים אַ רוף געטאָן אַהין, און ער דערזעט אַ מענטשן אויף דער שוועל שטיין, וואָס פריער דערקענט ער אים ניט, אָבער אַז ער קוקט זיך אין אים איין, דערזעט ער: יאָ, ס׳איז דאָך זיין טאַטע. ער איז אין אַ וועג־מאַנטל, אין אַ ביסל אַ פאַרשטויבטלעכן, אָנגעטאָן, און אַז ער, משה, וויל צו אים צוגיין און אים אָפּגעבן „שלום” און אים פון שוועל אין שטוב אַריינבעטן, דערזעט ער: זיין מאַנטל צעשפּיליעט און — אַ טלית אונטער זיין מאַנטל.

און דאָ דערפילט משה עפּעס ווי אַ קעלט אין רוקן, גלייך עמעצער וואָלט אַן אומגעריכטן פענצטער אין אַ קילן דרויסן אַרויס אויפגעעפנט. און אַז ער קערעוועט זיך אויס צו זען פונוואַנען ס׳בלאָזט, און ווער האָט עס געעפנט, איז שוין דאָס ליכט פון הינטער זיין פּלייצע אינגאַנצן פאַרלאָשן, קיינער איז שוין נישטאָ, אָדער אַלע אין דער פינצטער, ניט אָנצוזען...

אַז ער דרייט זיך דעמאָלט ווידער אום צום פאָטער, זעט ער, אַז נאָר דאָס אָרט, וואו דער פאָטער שטייט אויף דער שוועל, איז באַלויכטן, און דער פאָטער איז בלאַס, און ווי פון אַ שטאַרקער ווייט אַהער געקומען, און ער מעג שווערן, משה, אַז ער זעט אויך עפּעס, ווי פאַרפרוירענע טרערן אויפן פאָטערס פּנים.

— וואָס איז, טאַטע? — טוט משה אַ פרעג.

↤ 73

— קום מיט מיר, — ענטפערט אים דער טאַטע.

— וואוהין?

— אין הויף אַראָפּ.

— נאָך וואָס?

— ס׳האָט זיך אָנגעצונדן און ס׳ברענט אַ האָרן פון דיין הויז.

— וואו? ס׳דאָך פינצטער. מ׳זעט דאָך גאָרניט.

— קום, וועסטו זען.

און דער פאָטער קערעוועט זיך אויס און גייט פאַרפריער, און משה הינטער אים.

אַז זיי קומען פון די גאַנעק־טרעפּ אַראָפּ אין הויף, ווייזט אים דער פאָטער אויף אַ ווינקל שטוב, אונטערן דאַך, הויך צו דער רינווע אַרויפצוקוקן, און — ריכטיק: משה דערזעט עפּעס אַ רויט פייערל אויף דער רינווע, און דאָס פייערל איז קליין, פלעמלט און וואַקלט זיך, און משה וואונדערט זיך, וואָס ער שרעקט זיך ניט און רופט קיינעם צו הילף ניט.

און מיטאַמאָל דאַכט זיך אויס, אַז עמעצער פון הויף קוקט אים אין רוקן.

ער טוט זיך אַ דריי אויס און דערזעט אַ מענטשן אינמיטן הויף, און — זע, ווידער, דאַכט זיך, דער פּריץ. און משה וואונדערט זיך ווייטער, אָבער אַז ער קוקט זיך מער איין, זעט ער: ניין, ס׳איז ניט ער, נאָר גאָר לוזי...

און מיטאַמאָל וואַקסט עפּעס אויס אַ ליכט לעבן לוזין. אַ הויכע, אַ וועקסענע, ווי אַ מענטשן־וואוקס די גרייס, וואָס ביז לוזיס ברוסט דערגרייכט זי. און דאָס פייערל, זעט משה, איז, ווייזט אויס, פון אונטערן דאַך און פון אונטער דער רינווע אַרונטערגעקומען און צו לוזיס ליכט דערנעענט זיך — קלעטערט אַרויף פון דער ערד אויף דער ליכט, פון דער ליכט אויפן קנויט, און — די ליכט איז אָנגעצונדן.

באַלד באַווייזט זיך נאָך איינער אַ מענטש לעבן לוזין, עפּעס ווי אַ שול־שמש אָנגעטאָן און מיט אַ גאַרטל, און לעבן זיך האָט ער אַ פייער־פאַן שטיין, און אין פאַן קאָכט זיך וואַקס, און דער שמש נעמט אַלעמאָל וואַקס אַרויס, קילט אים, קנעט אים, גיט אין אים אַ קנויט אַריין, און לוזי צינדט אים אָן...

און די אַרבעט גייט שנעל ביים שמש, און ליכט מערן זיך אַרום לוזין, און אָט איז שוין דער גאַנצער הויף פון זיי פול — אין צוויי גלייכע שורות אויסגעשטעלט, און לוזי אינדערמיטן.

און אַ לבנה באַווייזט זיך דעמאָלט איבער לוזיס קאָפּ פון טונקעלן הימל אַרויס. און לוזי שטייט צווישן די צוויי שורות ליכט, פאַררייסט דעם קאָפּ צום הימל און צו דער לבנה, די באָרד איז אים אויפגעשטעלט, האַלדז און גאָרגל אָפּגענאַקעט און די אויגן פאַרגלאַנצט, האַלב אָפן, האַלב געשלאָסן.

און דאָ דערהערט משה אַ כליפּען פון זיין פאָטער, וואָס איז די גאַנצע צייט געשטאַנען לעבן אים און דאָס אַלעס צוזאַמען מיט אים צוגעזען. דער ↰ 74 פאָטער האָט געוויינט, האָט די אויגן פון לוזין און פון זיין כישופן אַנטקעגן דער לבנה אָפּגעקערעוועט. און דער גאַנצער קערפּער זיינער, ווי אין בראָך און ציטער. און משה פרעגט ביי אים.

— וואָס וויינסטו, טאַטע?

און דער פאָטער ענטפערט אים פון געוויין:

— זעסט ניט? לוזי טוט אונדז אָן אַזוינע חרפּות־בושות. קום פונדאַנען.

— וואוהין? — פרעגט משה.

— מיט מיר, — ענטפערט דער פאָטער.

און דער פאָטער לאָזט זיך גיין, און משה נאָך אים, און נאָך עטלעכע טריט נאָר אָפּגיין, כאַפּט ער זיך אויף, משה.

* *
*

— אַ סברה... לוזי? — האָט ער זיך תיכף נאָכן אויפכאַפּן אַ טראַכט געטאָן.

— ניין, — האָט ער דעם געדאַנק פאַרטריבן.

— אַ סברה, — האָט ער זיך נאָכאַמאָל צום פריערדיקן געדאַנק אומגעקערט, — אַז אַזוי קרום איז דער וועג זיינער, אַז צוליב דעם איז דער טאַטע אַראָפּגעקומען, פון אים דעם קאָפּ אָפּגעקערעוועט און פון בושה און ווייטיק געוויינט.

— ניין, — האָט ער זיך ווייטער פון אין דער ריכטונג צו טראַכטן ניט געלאָזט.

ער האָט אויסגעשפּיגן ביים געדאַנק, ווען ער האָט זיך דערמאָנט אינעם פּריץ און אין לוזין, ווי ער איז געשטאַנען אין הויף מיט די ליכט, מיטן שמש און אַנטקעגן דער לבנה, — און ער האָט דאָס אַלץ פון זיך, ווי אַן אומווירדיקייט און ווי אַ חלום־פּוסטקייט פאַריאָגט.

און אויב פון אָט דעם אַלעם, פונעם גאַנצן געדריי אין חלום, איז אים עפּעס יאָ שווערס אויפן האַרצן געבליבן, האָט ער דאָס אַלץ אויף זיך און אויף זיין חשבון גענומען, און דער פאָטער, — האָט ער זיך געזאָגט, — איז דאָך צו אים געקומען, און „קום מיט מיר” אים גערופן... און כאָטש ער האָט פון יענער וועלט זייער זעלטן און ביז אַהער כמעט נישט געטראַכט, און קיין סיבה ניט געהאַט צו טראַכטן, ווייל קערפּערלעך געזונט און ביי אַלע כחות, און גאָרנישט האָט אים ניט געפעלט און גאָרנישט ניט אָפּגעגאַנגען, — דאָך האָט ער איצט, נאָכן חלום, נאָכן ערשטן, ווי נאָכן צווייטן, דאָס יאָ אויפן געדאַנק גענומען, און דאָס, וואָס מיט אייניקע טעג צוריק וואָלט אים נאָך ווילד און אומגלויבלעך אויסגעזען, האָט זיך אים איצט יאָ געגלייבט און אויפן זינען געלייגט, און — ווער ווייסט, — האָט ער זיך געטראַכט, — און אפשר ↰ 75 איז די צייט געקומען, און מאַלע וואָס: אַ מענטש קאָן ניט וויסן, און אַ ייד דאַרף זיך גרייטן.

און ער האָט אַזוי געטאָן:

ווי נאָר ער איז יענעם פרימאָרגן פון נאָכן חלום אויפגעשטאַנען, זיך געוואַשן און אָנגעטאָן, אַזוי איז ער גלייך אין שול דעמאָלט אַוועק, געדאַוונט. און נאָכן דאַוונען זיך פּותר־חלום זיין געלאָזט.

ער האָט זיך ניט באַנוגנט דערמיט, און אין זעלבן טאָג איז ער, אַז קיינער פון די אייגענע זאָל ניט זען און ניט מערקן, אין אַ קלייט, וואו מע פאַרקויפט שוועביש, אַוועק, געקויפט, געהייסן פאַרפּאַקן און מיטן פּעקעלע אַהיים געקומען, און —, ווידער אַז קיינער זאָל ניט מערקן, — ביי זיך אין אַלקער אין אַ קאָמאָדע־שופלאָד אַריינגעלייגט, פאַרשלאָסן, און דעם שליסל צו זיך גענומען.

ער האָט זיך אויך דערמיט ניט באַנוגנט, און ווידער דעם זעלבן טאָג צו הירשל ליווער, דעם משגיח פון „פעלד”, אַ ספּעציעלן און בסוד אַ שליח צוגעשיקט און אַ טאָג באַשטימט — אַז דעמאָלט און דעמאָלט זאָל הירשל אויף אים אין דער און דער שעה, מיט וועמען מע דאַרף, וואַרטן: ער, משה, וויל צו אים קומען, וויל זיך אַ שטיקל „אָרט” אויסזען, און ניט נאָר אויסזען, נאָר אויך זיכער טאַקע קויפן...

3

ס׳איז נאָך געווען פאַר האַלבן טאָג, ווען משה האָט, פון „פעלד” קומענדיק, זיך באַוויזן צוריק אַהיים.

אין דרויסן האָט שטאַרק געברענט די פאַר־האַלבטאָגיקע זון. די גאַס, וואו משהס הויז האָט זיך געפונען, האָט מיט הייסן שטויב און ברוק־שטיינער געטשאַדעט. די ניט־ווייט־ליגנדיקע ניט־יידישע גאַסן מיט די פאַררוקטע סעדער און טויבלעכע פּאַרקנס האָבן אין פון־היץ־צעפּריעטן ביימער־חלשות געשוויגן.

אין משהס הויף, וואָס איז אינמיטן מיט גרעסערע, קיילעכיקע שטיינער אויסגעברוקערט, און ביי די שטוב־ווענט אַרום — מיט קליינע, פּלאַטשיקע געפלאַסטערט, איז ריין און פון גאַנצפרי פאַרקערט געווען. און אין געברוקירטער און געפלאַסטערטער ווייסקייט האָבן פון צווישן שטיין און שטיין גרינע איינציקע — און אין אייניקע ערטער אויך גאַנצע בינטלעך — גרעזעלעך אַרויסגעקוקט.

פאַר די פענצטער פון עס־צימער, וואָס איז ניט ווייט אויך פון דער הינטערשטער אַריינגאַנג־טיר אין הויף, האָט געדרעמלט דער ברונעם, וואָס האָט ווי אַ געדעקטער קאַסטן אויסגעזען. אַלע פענצטער פון אַלע חדרים פון אַלע זייטן פון הויף זיינען געעפנט געשטאַנען.

↤ 76

אין קיך איז דעמאָלט, ווי תמיד אין יענער צייט, אויסערגעוויינלעך שטיל געווען: קיין דינסטישע קולות און קריגערייען, און דאָס האָט באַדאַרפט באַטייטן, אַז ס׳איז אָדער נאָר־וואָס נאָך אַ קריג, אָדער פאַר אַ קריג אין קיך.

קיינע קינדער נישט צו זען, און אויך די עלטערע זיינען זיך — ווער וואו פון שטוב זיך צעגאַנגען. גיטעלע, משהס ווייב, האָט זיך ווי אַ פּריטשמעליעטע, און פון נישט האָבן וואָס צו טאָן, איינע אַליין אין עס־צימער זיך געפינענדיק, פּוסטלעך פון אָרט צו אָרט געדרייט און אַלעמאָל צו אַן אַנדער נישט־נייטיקער זאַך אין באַלעבאַטישקייט זיך גענומען.

אָט דעמאָלט האָט זיך משה אויף דער שוועל באַוויזן. ער האָט ערשט נאָר־וואָס ביי דער קליידער־שראַגע, וואָס אין קאָרידאָר, דעם מאַנטל אויסגעטאָן און דעם שירעם אַוועקגעשטעלט. גיטעלע האָט אים דערזען אַ נאָך שטאַרק פאַרשוויצטן און פון וועג ניט אָפּגעקילטן: איינער אַ האַלבער שטערן רויט, און די אַנדערע האַלב, די, וואָס צום קאָפּ־צו — אַ בלאַסע און נאַסע. און אַזוי ווי משהס צייט איז געוויינלעך איצט נישט אין דער היים געווען צו זיין, נאָר אין שטאָט און אין געשעפט באַשטענדיק, האָט זי, אים אַן אומגעריכטן איצט דערזעענדיק, זיך דערשראָקן און פאַרשטאַנען, אַז ס׳איז עפּעס אַ שינוי־טאָג היינט ביי משהן. זי האָט זיך דערום באַלד אַ ווענד געטאָן און ביי אים אַ פרעג געגעבן:

— וואָס אַזוי פרי היינט?

— גאָרניט. כ׳האָב באַדאַרפט האָבן.

— און וואוהין זשע ביסטו עס אַזוי פרי פון דער היים אַוועקגעגאַנגען. פאַרן דאַוונען און פאַר איבערבייסן?

— כ׳בין געווען אויפן „פעלד”

— וואָס עפּעס פּלוצים?

גיטעלע האָט דערזען, אַז איר מאַן האָט עפּעס אַן ענין, וואָס ער וואָלט גערן געווען פאַר איר צו פאַרשטעלן און וועגן אים קיין שמועס פאַרפירן. ער האָט אָבער ניט פאַרשטעלט, און שמייכלענדיק, איר אַ זאָג געטאָן:

— כ׳האָב מיר היינט אַ שטיקל „אָרט” געקויפט, און, — האָט ער ווייטער צוגעגעבן, — אַז דו ווילסט וויסן, איז ווייס שוין אינגאַנצן: כ׳האָב מיר שוין אויך „בגדים” אויפן „וועג” פאַרגרייט.

— וואָס פאַר אַ וועג און וואָס פאַר אַ בגדים?...

גיטעלע האָט זיך שוין אָנגעהויבן שטויסן... זי האָט אָבער דעם געדאַנק נישט דערלאָזט, האָט זיך אַליין איבערגעריסן, און שוין אין שטאַרקער אומרואיקייט אַ פרעג געגעבן:

— וואָס רעדסטו, משה? כ׳פאַרשטיי נישט און הייב נישט אָן צו פאַרשטיין.

— איז קום, וועל איך דיר באַווייזן.

↤ 77

ער האָט זיך באַלד פון עס־צימער אין נאָענטן צימער גיין געלאָזט, און גיטעלע, עפּעס נישט גוטס פילנדיק און אויף אומגעריכטס זיך ריכטנדיק, איז אים נאָכגעגאַנגען. אַזוי פון צימער צו צימער, ביז זיי זיינען צו זייער אַלקער, זייער ביידנס שלאָפצימער, געקומען. די גאַנצע צייט האָט זיך משה צו איר ניט אויסגעדרייט און צו איר נאָר מיטן רוקן געווענדט געווען. ער האָט זיך אויך ניט אויסגעדרייט, ווען ער איז אַריין אין אַלקער, און היטעלע נאָך אים אין אַנגסט. ער איז גלייך נאָר צו דער קאָמאָדע צוגעגאַנגען, איינעם אַ שופלאָד מיט אַ שליסעלע אויפגעעפנט, און איבערגעבויגן שטייענדיק איבער אים און עפּעס זוכנדיק אין שופלאָד, האָט ער לסוף געפונען, וואָס ער דאַרף, און דעמאָלט ערשט זיך אויסגעקערעוועט. און גיטעלע — נאָך איידער זי האָט משהס פּנים דערזען, האָט איר פון די הענט פון זיינע אַ צעוויקלט פּעקעלע שוועביש, תכריכים־שטאָף אַ פינקל געטאָן.

— שרעק זיך ניט, גיטעלע, דאָס זיינען מיינע „בגדים” אויף אם־ירצה־השם איבער הונדערט מיט צוואַנציק. שרעק זיך ניט...

און דאָ האָבן זיך מיטאַמאָל ביי גיטעלען די קניעס אונטערגעהאַקט. ס׳האָט זי אַ מלאָסנעקייט באַשלאָגן, און זי האָט דעם קנופּ פון איר קאָפּ־טיכל, ווי צו חלשות, צעבונדן; אוי... און איידער משה האָט נאָך באַוויזן אַ צייט און באַרואיקענדיק וואָרט איר צו זאָגן, אַזוי האָט זי זיך גלייך אויפן בעט אַראָפּגעלאָזט, און אַן אָנמעכטיקע און ווי אַן אונטערגעבראָכענע, האָט מיט אַ מאַטער האַנט־באַוועגונג משהן מיטן פּעקעלע פון זיך דערווייטערט, און ווי נישט קענענדיק קוקן אויף ביידע, זיך ביי אים געבעטן:

— נעם עס פון מיינע אויגן צו, נעם עס צו, כ׳בעט דיך.

זי איז אַן אויסן־געבליבענע אויף איר בעט געזעסן, און משה, נאָכדעם ווי ער האָט דאָס פּעקעלע צוגענומען און דאָס אין אַ זייט ערגעץ באַשטאַט, האָט זי צו באַרואיקן און מיט איר איינטענהן גענומען:

— ס׳אַ נאַרישקייט, גיטעלע, ס׳גאָרניט... ס׳האָט זיך מיר אַ חלום געחלומט. און די גאַנצע וועלט איז דאָך אַ חלום...

און גיטעלע האָט זיך טרייסטן געלאָזט. זי האָט אַלע וויילע נאָר, בעת משה האָט צו איר גערעדט און אַזוי איבער איר געשטאַנען, פון אונטן אַרום אויף אים אַ קוק געטאָן, מיט גרויס געטריישאַפט, און אויך מיט גרויסער תערומות, וואָס ער האָט איר אין אַ זאַך, וואָס איז איר קיינמאָל אויפן געדאַנק ניט געקומען און קיינמאָל אויפן געדאַנק נישט געוואָלט נעמען — איצט דערמאָנט. זי האָט אַלעמאָל אַן עק טיכל צו די אויגן אויפגעהויבן, שטיל געוויינט און אָפט אַ טרער פון אַן אויגן־ווינקל געווישט.

און לסוף, אַז ס׳האָט שוין היפּש געדויערט, און אַז משה האָט זי שוין געהאַט באַרואיקט און נאָך לאַנגן איינטענהן אין אירע אויגן אַ דערלייכטערונג דערזען און אויף איר פּנים אַ פרייערע מינע, — האָט אויך ער זיך געשטאַרקט ↰ 78 דערפילט, האָט אויפגעלייגט און פרום אויף איר אַקסל אַ האַנט אַרויפגעלייגט און זי פון בעט אויפשטיין געבעטן. און אַז גיטעלע האָט געפאָלגט און אויפגעשטאַנען, האָט ער זי שוין אויך איילן גענומען און פון אַלקער זי אַרויסגעבעטן:

— איז גיי, גיטעלע, און גרייט זיך צו. כ׳האָב אויף היינט אויפדערנאַכט יידן אויף אַ סעודה פאַרבעטן, בעט אויך דו, און לאָמיר זיך פרייען מיט יידן.

* *
*

מיט אַ שעה שפּעטער האָט מען אין בייטאָגיקן און אין שטאַרק־זוניקן עס־צימער, ביים גרויסן טיש, גיטעלען אויבנאָן, און לעבן איר, אויף אַ בענקל, מנחמען, דעם שול־ און שטוב־שמש, זיצן געזען.

מנחם — דער נידעריטשקער און צעטומלטער, וואָס רעדט גיך און מע פאַרשטייט אים ווייניק, וואָס איז שטענדיק פאַרשמייעט, ווי ער איילט זיך ערגעץ, האָט פיל פעדערן אין קאָפּ און אין היטל, און ס׳דאַכט זיך, אַז ס׳איז פון צעטראָגנקייט און פליען — איז איצט, פון דער דרויסנדיקער און שטוב־היץ געזעסן אַ געשטילטער און ווי אַ פאַרטשאַדעטער פאַר אַ לאַנגן צעטל־בויגן מיט אַ בליישטיפט אין האַנט. גיטעלע האָט אים אָנגערופן די נעמען פון אַלע די, וואָס מע דאַרף אויף דער סעודה איינלאַדן, און ער, מנחם, האָט פאַרשריבן. אויסער זיי, גיטעלען און מנחמען, איז אין עס־צימער קיינער ניט געווען, פון צייט צו צייט נאָר האָט זיך אַ דינסט פון קיך אַריינגעכאַפּט, כדי עפּעס ביי גיטעלען צו פרעגן, און באַלד נאָך דעם איז זי מיט דער באַקומענער תשובה ווידער צוריק אין קיך אַוועק.

אין עס־צימער, ווי געזאָגט, הייס. גיטעלע איז אויף איר בענקל עטוואָס ברייטלעכער, ווי געוויינלעך, געזעסן. דאָס טיכל פאַרנומען הינטער די אויערן — אַ סימן אויף באַשעפטיקט, און אַז זי איילט זיך שטאַרק. זי האָט אַלעמאָל אַ פּאָר טרוקענע פינגער אין דער אונטערשטער ליפּ גענעצט און פון היץ געשלאָגענעם זכרון אַלע וויילע אַן אַנדער פאַרגעסענעם נאָמען אַרויסגעצויגן און פאַרוואונדערט צו מנחמען זיך געווענדט:

— זע, און אויך משה פייגענזאָן האָבן מיר פאַרגעסן... שרייבט אים אַריין, מנחם.

פון מאָל צו מאָל האָט זיך גיטעלע פונעם מיט שרייבן אַ הייב געטאָן, האָט מנחמען אַליין ביים טיש געלאָזט, אויפן קיך אַוועק, און צו די פאַראָרדענונגען און באַפוילן, וואָס זי האָט שוין פון פריער וועגן דער סעודה אָפּגעגעבן, האָט זי, פּלוצלונג זיך אין נאָך עפּעס דערמאָנענדיק, נאָך אַ נייע געהאַט צוצוגעבן.

אין הויף, דאָרט, וואו די שטאַלן און קאַמערן געפינען זיך, האָט מען פון איינער אַ קאַמער דעמאָלט אַלעמאָל שוין מיכאַלקען, דעם אַלטן און רוקן־געבראָכענעם הויף־היטער, מיט אַ ברעם האָלץ אַרויסקומען געקאָנט זען. אַ ↰ 79 נישט־אויסגעשלאָפענער, ווי שטענדיק, מיט אַלט־צעשוואומענע און בראָנפן־קאָליריקע אויגן, וואַש רעדט צו זיך אַליין, און ווי תמיד אונטער אַ יום־טוב, ווען ער האָט צו טאָן עטוואָס מער, ווי געוויינלעך פוילט ער זיך, וואָרטשעט און שעלט ברוגז.

צוזאַמען מיט מיכאַלקען, באַמערקט מען, קומט פון שטאַל אַרויס „קייטל־זייגער” — דאָס קורצפיסיקע, געלע הינטל, וואָס איז הינטיש פאַרשעמט; האָט קיין קול נישט און קאָן ניט האַווקען, און ס׳האַלט זיך שטיל און מיטן קאָפּ צו דר׳ערד אַראָפּגעלאָזט שטייט קיינמאָל ניט אָפּ פון מיכאַלקען און מיטן באָמבלענדיק־אַראָפּהענגענדיקן ברוסט־בייכל באַגלייט עס איצט מיכאַלקען פון קאַמער אין קיך מיט האָלץ באַלאָדן, און צוריק פון קיך אין קאַמער — אַ ליידיקן און איבעראַנייס נאָך האָלץ.

און אין קיך האָט זיך דעמאָלט מיטאַמאָל שוין רירן און ריגעווען גענומען: טעמפּ און מיט גרויס איילעניש האָט זיך דאָס קלאַפּן פונעם האַקמעסער אין האַק־ברעטל אויף דער גאַנצער שטוב און אויך ווייט אין הויף אַרויס דערהערט. אַ שטויסל האָט שנעל־קופּערדיק און קלינגענדיק דאָס האַקמעסער איבערשרייען גענומען, און דינסטישע קולות זיינען זיך איינס דאָס אַנדערע אין די געשרייען אַריינגעפאַלן, הויך און אָנכאַפּעריש זיך געקריגט, און צום טאַקט פון קריג און קולות, האָבן זיי דאָס האַקמעסער־קלאַנג און דאָס שטויסל־קלינגען נאָך מער פאַרשטאַרקט און פאַרשנעלערט.

דער אויוון אין קיך האָט זיך שוין צו אויפדערנאַכט און צו דער סעודה געהייצט. אַלעמאָל האָט אַן אַנדער דינסט אַהין געכאַפּט אַ קוק, האָט אַ ניי שייטל האָלץ אונטערגערוקט, און אַ קול צו מיכאַלקען האָט זיך שרייען געלאָזט הערן:

— וואָסי? ער איז טויב צי וואָס, מיכאַלקע? ס׳דאָך קיין טראָפּן וואַסער ניטאָ, זאָל ער וואָס גיכער ברענגען.

און גיטעלע און מנחם האָבן שוין צו יענער צייט דאָס איינלאַדונג־צעטל פאַרענדיקט געהאַט.

גיטעלע האָט זיך פון מידקייט מיט אַן עק פונעם צעבונדענעם קאָפּ־טיכל דאָס פּנים געפאָכעט, און אַלע וויילע מיט אַן אַנדער עק דעם שווייס פון דער אייבערשטער ליפּ געווישט.

מנחם האָט האַלב־פאַרשלאָפן דעם בליישטיפט ביים מויל געהאַלטן און ווען־ניט־ווען נאָר אים באַנעצט, אָבער מער האָט ער שוין צו שרייבן נישט געהאַט, ווייל אַלע נעמען, אויף וויפיל מע האָט געדענקט, האָבן זיך שוין אויסגענומען.

און לסוף, אַז מנחם האָט זיך מיטן פאַרטיקן צעטל פון הינטערן טיש אויפגעהויבן און זיך צו דער טיר גיין געלאָזט, האָט אויך גיטעלע זיך אויפגעהויבן און אים אַרויסבאַגלייטן געגאַנגען, און אַזוי, שוין אויף דער שוועל ↰ 80 שטייענדיק, האָט זי זיך, נאָר אַ מסופּקע און מיט איר זכרון נישט זיכער, צו מנחמען געווענדט און ביי אים אַ פרעג געטאָן:

— האַ, ווי מיינט ער, מנחם? דאַכט זיך, קיינעם ניט פאַרגעסן, אַלעמען פאַרשריבן?

— אַלעמען, אַלעמען.

— איז גיי זשע גיך, מנחם, פאַרזאַם ניט און פאַרגעס ניט קיינעם. יאָ, און פאַרגעס אויך ניט קיין ליכט אין די לייכטער און אין די העסעס צו קויפן.

— צו קויפן, צו קויפן... גוט, גוט, גיטעלע.

4

מ׳איז יענעם אָוונט אין עס־צימער און אויך אין די שכנותדיקע צימערן, אויף וויפיל ס׳איז דורך דער טיר אָנצוזען, שטאַרק יום־טובדיק — ליכטיק.

אין עס־צימער — אַ ברייטער, ווייס־פאַרשפּרייטער טיש, אויך אַ לאַנגער, האָט דערגרייכט פון וואַנט צו וואַנט, יענער טיש — פאַר חשובע און אָנגעזעענע, און אויך אין די דערבייאיקע צימערן טישן, אָבער שוין פאַר ווייניקער חשובע.

פון דער סטעליע אין עס־שטוב הענגט אַראָפּ אַ בליצלאָמפּ מיט דריי־רערנדיקע העסעס, אין די העסעס — ליכט, און אויך אויף די ווענט, וואָס צווישן פענצטער און פענצטער — העסעס, און אויך אין יענע העסעס — ליכט.

ס׳באַדינען דעם טיש:

צוערשט, מנחם, מיט דער קויטיקלעכער, מעשן־קאָליריקער באָרד, מיט די קינדערש־צעטראָגענע און גאָרנישט ניט זעענדיקע אויגן, צעפלויגן און צעפלאָכטן, די קאַפּאָטע נישט אויף די קנעפּ, און דאָס היטל אַ ביסל העכער, ווי ס׳דאַרף זיין, אויפן קאָפּ פאַררוקט.

ער קומט אַלע וויילע אַן איילנדיקער פון קיך אַ פולער באַלייגט און קערט זיך אום אַ ליידיקער, און באַלד קומט ער ווידער פול און קליגט זיך וואָס מער טעלער מיט איין מאָל צו ברענגען — שוויצט, איילט זיך און לויפט ווידער אין קיך.

צוויי — גיטעלע, וואָס איז היינט אין העכסטן יום־טוב — אין שוואַרצן זיידנס און אין צירונג.

איר קלייד ביי די פיס גרייט און אין שליאַרעס, איר קאָפטל — אויף דער ברוסט פון פאָרנט — אָנגעבופט און מיט האַפט באַלייגט און אין רוקן שמאָל געפּאַסט, און אין טאַליע וואַרפט זיך די זוים פון דער קאָפטע איבערן רוקן־קישעלע, ווי איבער אַ זאָטל, אַריבער.

זי איז אין די לענגלעכע צווייגאָרנדיק־בריליאַנטענע אוירינגלעך, אין גאָלדענע פינגערלעך און אויך מיט אַ „הערצל” פון גאָלד.

↤ 81

דאָך זעט זי היינט אויס ניט ווי אין די פריילעכע יום־טובים, נאָר ווי אום ראש־השנה און יום־כיפּור, ווייל זי איז ניט אין פּאַריק היינט, נאָר מיט אַ ווייס זיידן קאָפּ־טיכל.

זי שטייט ביים טיש, נעמט צו פון מנחמס הענט די טעלער, און איבער קעפּ און אויפן טיש דערלאַנגט זיי. יעדעס מאָל, ווען אירע הענט ווערן פריי, טוט זי אַ פאַרנעם דאָס זיידן טיכל הינטער די אויערן און אונטן, ביי דער גאָמבע, פאַרציט זי מיט ביידע עקן דעם שלייף בעסער.

און אָט קומט ווידער מנחם, און זי בייגט זיך ווידער איבערן טיש איבער, רוקט צו, וואָס נייטיק איז צוצורוקן, רוקט אָפּ, וואָס ניט נייטיק, זעט וועמען מע דאַרף וואָס דערלאַנגען, און אַז קיינער זאָל ניט פאַרטיילט ווערן, און אַלע זאָלן צופרידן און קאָנטעט זיין.

ס׳האָבן אויך געהאָלפן באַדינען גיטעלעס ביידע טעכטער: יהודית, די עלטערע, די שטאַרק צו מענטשן צוגעלאָזטע, וואָס איז מיטן אויסזען אויף דער מוטער ענלעך, און מיט די מאַנירן און פּאָסטעמקעס — אויפן פאָטער. זי פילט זיך גוט און ניט געצוואונגען פאַרן עולם, און, ווי משה, בעת אַ שמחה, זשמורעט אויך זי די אויגן פון ליכט און פאַרגעניגן.

דאַן נחמהקע, די יינגערע, אַ ביסל אַ שעמעוודיקע און אין זיך געשלאָסענע, וואָס מיטן וואוקס איז זי אין פאָטער געראָטן, אָבער האַלטן האַלט זי זיך צומערסט לעבן דער מוטער. פילט זיך ניט פריי און אַ ביסל געענגט פאַר פרעמדע און יעדעס מאָל, ווען טיש־לייט ווענדן זיך מיט אַ מינדסט וואָרט צו איר, רויטלט זי זיך, פאַרלירט זיך און ווייסט גלייך ניט, וואוהין די הענט און די אויגן אַהינטאָן.

משה אַליין — אין שבת און אין גאַרטל — אויבנאָן.

ער הייבט זיך אַלע וויילע אויף פון זיין אָרט, גיסט אָן אַמאָל איינעם, און אַמאָל אַ צווייטן, און דער גאַנצער נאָענטער טייל טיש, אויף וויפיל זיין קערפּער און זיין האַנט דערגרייכט, זעט ער זיך אָן קיינעמס הילף באַגיין און יענעם טייל אַליין באַדינען.

אין אַנדערע צימערן, דאָרט, וואו עולם ווייניקער חשובער, באַדינען אויך ווייניקער חשובע: דינסטן, משרתים, אָרעמע קרובים און די אייניקלעך משהס.

ביי יענע טישן — גרופּעסווייז, און ביי די עקן צומיינסט, — אָרעמעלייט און מקבלים.

זיי האַלטן די פּנימער געווענדט צום טיש, און נאָר צו דעם, וואָס אויפן טיש געפינט זיך, זיי עסן גיך און שטרעקן פלינקע הענט צו די טעלער, וואָס מע דערלאַנגט זיי, און בשעת־מעשה — אויך צו די בערג ברויט און בולקע, וואָס זיינען אויף גרויסע פּאָלומעסקעס און אויך אויפן הוילן טיש אָנגעוואַלגערט.

אַז זיי עסן אָפּ איין מאכל, וואַרטן זיי שוין ברוגזלעך אויפן צווייטן, קוקן ↰ 82 אָנגעדרודלט, רעדן ווייניק, נישט צווישן זיך און אויך נישט מיט די, וואָס דערלאַנגען זיי, און די דינסטן און משרתים קוקן מיט אום־דרך־ארץ און מיט שפּאָט, ווי אַזוי „יענע” איילן, ווי אַזוי „מע קאָן זייערע קישקעס אָן די דנאָעס ניט נאַסטאַרטשען”, און זיי דערלאַנגען זיי אַן אָפּשיי, קערעווען זיך אָפּ און קענען ניט קוקן, ווי אָרעמעלייט כאַפּן, און ווי מקבלים זיינען זשעדנע.

ביים טיש אָבער, וואָס אין עס־שטוב — שטאָט־לייט און סוחרים, אָנגעזעענע און באַוואוסטע, וואָס האַלטן זייערע נאָז־פאַטשיילעס אין די הינטערשטע קאַפּאָטע־קעשענעס פאַרשטעקט, און ווען זיי נייטיקן זיך אין זיי, ווענדן זיי זיך מיט די הענט אויף אַרונטער — געלאַסן, פּאַמעלעך און אין גרויס באַרוטקייט.

אויך חסידים ביי יענעם טיש — פון איין קלויז מיט משהן און צו איין רבין מיט אים פאָרנדיקע — שוין מער טומלדיקע און ווייניקער באַרוטע, און יענע האָבן שוין די פאַטשיילעס אין די בוזעמער העכער די גאַרטלען ליגן פאַרגרייט, און אַז זיי דאַרפן זיי, האָבן זיי זיי אונטער דער האַנט כסדר, שלעפּן זיי אַרויס און רוקן זיי ווידער צוריק אַריין, איילנדיק און מיט אַ בלינדער האַנט־באַוועגונג, מעכאַניש.

* *
*

אין עס־צימער און אין די דערבייאיקע צימערן — ליכטיק און ליאַרמיק.

מנחם — פאַרפּאַליעט, און איילט נאָך אַלץ פון שטוב אין קיך און פון קיך אין שטוב צו לויפן. דינסטן און משרתים באַגעגענען זיך אין מיט וועג, הין און צוריק איילנדיקע, טרעטן זיך אָן אויף די פיס און צעבוצקען זיך מיט פּנימער און מיט טעלער.

דער עולם — שוין די ערשטע זעט געכאַפּט, און שוין נישט די ערשטע כוסות.

שפּעטער אַ ביסל — ביי אַלע טישן שוין אַן אַלגעמיינער גערייד און גערודער, און אין שטוב־טומל הערן זיך שוין אויך אייניקע אַפילו שרייען.

פלעשער גייען פון האַנט צו האַנט. אייניקע שטייען אויף פון די ערטער, גיסן אָן און דערלאַנגען צו די ווייט־זיצנדיקע. הענט מיט גלעזער און גלעזלעך שטרעקן זיך צו די דערלאַנגער און אָנגיסער, און דער, וואָס שטייט און גיסט, באַפרידיקט: גיסט אָן און גיסט איבער.

גאַנצע טישן רעדן שוין מיטאַמאָל, אויף אַ קול און אינאיינעם. אייניקע פון איין עק טיש שרייען צו אַנדערע, וואָס אין אַנדערן עק, און אַלעמאָל הייבט זיך שוין אויף אַ האַלב־שיכורער, מאַכט עפּעס מיט די הענט, רופט און דעררופט זיך ניט, און זעצט זיך אַ ניט־אויסגעהערטער און ווי מיט שמייכלענדיקער מחילה צוריק אַוועק.

ס׳הייבט זיך אויף באַלד איינער מיט טאַנצנדיקע הענט און פיס פון ↰ 83 הינטערן טיש אַרויס, און, אַרויסגייענדיק, שלעפּט ער אַ צווייטן, דער צווייטער — אַ דריטן, און הענט פאַר הענט אַלץ מער און מער נעמען זיך אָן, ביז אַ האַלבער טיש שטייט שוין אויף, און אינמיטן שטוב שוין טאַנצט ער.

נאָכן ערשטן האַלבן טיש רוקט זיך אַרויס דער צווייטער, און באַלד זיינען אַלע ערטער ביים טיש שוין פרייע און די פריער ליידיקע מיט פון שטוב שוין מיט מענטשן פאַרנומען.

ס׳קומען צום טאַנץ צוערשט די מער־רירעוודיקע, יינגערע און אָנגעטרונקענערע, דערנאָך אויך די עלטערע, געלאַסענערע און נאָך ניכטערע. די גאָר אַלטע קומען אַליין צו צו די שוין־טאַנצנדיקע, פּאַמעלעך, נישט זאָגנדיק, צענעמען די הענט ביי אַ פּאָר טענצער און שטעלן זיך צווישן די צוויי טאַנצנדיקע אַ שטילער, אַ דריטער אַריין.

חסידים האַלטן זיך איינס: איינער ביים אַנדערן, איינעמס קאָפּ צום אַנדערנס אַקסל, אָדער אייניקע מיט הענט אין אַנדערנס רוקן־גאַרטל. סוחרים באַלעבאַטים — אָפּגעזונדערטער, שטיל און בנעימות: האַלטן קעפּ צו דער ערד אַראָפּגעלאָזט, גייען שווערלעך, און אַ פוס, זעט מען, איז זיי ניט איבעריק גרינג צו שטעלן.

די ראָד שוין אַ גרויסע, משרתים און שטוב־אייגענע האָבן שוין די בענק און די טישן צו די ווענט אָפּגערוקט, כדי מער פּלאַץ פאַר די טענצער צו מאַכן, און דאָס אָרט איז געמאַכט.

אַלע טאַנצן. אויך משה אַליין אין דער מיט. אַליין נאָר די שטוב־מענטשן זיינען אויסער דער ראָד: גיטעלע מיט אירע אייניקלעך און טעכטער, קרובים, אויך דינסטן און משרתים קוקן פונווייטן, פרייען זיך, און דינסטן און משרתים שטורכען זיך איינס דאָס צווייטע, ווינקען זיך איבער וועגן די מקבלים און שלעפּער, וואָס אויך זיי זיינען אין טאַנץ אַריינגעצויגן, אָבער וואָס טאַנצן פאַרשעמט, איבעריקע און נישט גערן.

נאָכן ערשטן טאַנץ — ווידער ביים טיש, און נאָכן ערשטן טרינקען — איצט ווידער זיך גענומען טרינקען, און נאָך מיט מער שטאַרקייט, מיט מער היץ און מער פאַרפּאַליעטן הפקר: נייע בוטלעס ביים טיש ווייזן זיך, אַלטער, פון לאַנג אויסגעשטאַנענער וויין ווערט פון קעלער אַרויפגעבראַכט. משה גיסט אָן די לעבן־אים־זיצנדיקע, און די ווייטער־זיצנדיקע גיסן זיך אַליין אָן.

אַלע מיילער אָפן, אַלע הענט שטרעקן זיך און פּלאָנטערן זיך, איבער די טישן הערשן געשרייען, און פיל צווישן די אַלע געשרייען צו משהן ווענדן זיך:

— לחיים, ר׳ משה, — שרייען סוחרים באַלעבאַטים, ווענדנדיק זיך צו אים, כאָטש שוין באַטרונקענע, נאָך מיט אָפּשיי און מיטן „רעב”־טיטל.

— לחיים, משה, — ווענדן זיך חסידים, די, וואָס פאָרן מיט אים צו איין רבין, — היימישלעך, ווי ברידער צו ברידער, ווי צו אַ זייער גלייכן, און שוין אָן שום טיטל.

↤ 84

און אייניקע, שטאַרק־היימישע, דערמאָנען זיך ,אויך אין דער נאָענט־שטייענדיקער גיטעלען, דערזעען זי, גיסן איר אָן, הייסן איר טרינקען, און אויך צו איר טוען זיי שרייען.

— לחיים, גיטעלע... איז געדענק זשע, וואָס מע האָט אָפּגעמאַכט: אַז דו מיט דיין משהן, מיר מיט כלל־ישראל זאָלן מיר משיחן דערלעבן. געדענק. איז אָפּגעמאַכט!

— לחיים, — שרייען צו איר אַנדערע, — יידן ווינטשעווען, אַז דאָס „אָרט” זאָל זיך אויף אים ניט דערוואַרטן.

— און די מלבושים, — כאַפּן אַנדערע אויס און פאַלן אַריין אין די רייד, — די בגדים, מיינען מיר, זאָלן דאָ, טאַקע דאָ, אין שטוב ביי דיר פוילן.

און זיי קלאַפּן אויפן טיש און שטרייכן אונטער דעם „דאָ”, קלאַפּן נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל, גלייך מע פאַרשטייט ניט, און גלייך מיט די פריערדיקע מאָלן „דאָ” זיינען זיי ניט יוצא.

גיטעלע טרינקט צופרידן, וואָס אַזויפיל יידן ווינטשעווען איר, און פון אַזויפיל אויגן, הענט, געשרייען און טומל, וואָס רינגלען זי אַרום. זי טוט אַ זופּ אַן איבעריקן, אַ נישט־פאָרזיכטיקן און נישט וועדליק פאַר איר שלונג, און זי ווערט בלאַס, פאַרשעמטלעך, קוקט אויף איר משהן עטוואָס פאַרשולדיקט, אָבער צוזאַמען מיט דער שולדיקייט, קומט איר ווי אַ וואַרעמקייט און אַ זיס שיכורל אין די קני, און זי פילט, אַז ווען מע וואָלט איצט געטאַנצט, וואָלט זי איר קני־וואַרעמקייט צוזאַמען מיט אַלע איצט אין טאַנצן אויסגעבראַכט.

און טאַקע: שפּעטער אַ ביסל, ווען דער עולם איז ווידער ביים טאַנץ, דער טיש ווידער ליידיק און די מיט שטוב פול, אַזוי באַמערקט ניט קיינער, ווי גיטעלע האָט זיך פּלוצים עפּעס פון צווישן עולם אַרויסגערוקט, פאַרשוואונדן, און אַ קליין ביסל זיך געזאַמט... זי איז צו זיך און אין איר מאַנס אַלקער אַוועק, צום שופלאָד צו, און פון דאָרט עפּעס אַ פּעקעלע אַרויסגעומען... און ווידער האָט דער עולם נישט באַמערקט ,ווי פּלוצים האָט זיך אין דער טאַנצנדיקער ראָד, אין מיט, גיטעלע באַוויזן: אין דער רעכטער האַנט אַ פּעקעלע, און מיט דער לינקער האָט זי איר לאַנג קלייד עטוואָס העכער אירע שיך אויפגעהויבן...

זי האָט געטאַנצט פאַרטראָגן, און ווי אַ פרעמדער כוח וואָלט זי געפירט.

זי האָט נישט באַמערקט, אַז אייניקע, דערזעענדיק זי און פאַרשטייענדיק, וואָס זי טראָגט אין דער האַנט, האָבן זיך אינמיטן טאַנץ אָפּגעשטעלט, און אַז די קינדער אירע, דערזעענדיק דאָס זעלבע, האָבן „מאַמע!” געוואָלט אויסשרייען און נישט באַוויזן, משה — „גיטעלע”, און אויך ער האָט זיך אָפּגעהאַלטן, און אַז אַלטע און שטרענגע לייט, געוויסע דין־ און מנהג־ווייסער, האָבן שוין געבורטשעט, און האָבן דאָס וואָרט „חילול” און „ס׳איז נישט רעכט” אויף זייערע ליפּן געהאַט, — זי האָט דאָס אַלץ נישט באַמערקט.

↤ 85

זי האָט וואָס ווייטער אַלץ קרעפטיקער די האַנט מיטן פּעקעלע אויסגעשטרעקט געהאַלטן, און דאָס קלייד מיט די פּאָר פינגער, ווי פריער — לייכט און פרויאיש צוגעהאַלטן. און אַזוי טאַנצנדיק און אין מיט ראָד שוין זייענדיק, האָט זי אירע קינדערס שרעק עטוואָס באַרואיקט און איר מאַנס מורא אָפּגעהאַלטן און אַפילו ביי די שטרענגע דין־ און מנהג־ווייסער דאָס ברוגזע מורמל־וואָרט גערויבט.

איר פאַרטראָגנקייט האָט ניט לאַנג געדויערט: איר בליק איז וואָס ווייטער אַלץ מער היימישער און שטוביקער געוואָרן, און באַלד האָט זי פון צווישן גרויסן עולם מיט איר מאַנס אויגן זיך באַגעגנט און מיט אַ שמייכל און מיט אַ צוזאָג, ווי — „נישקשה”, — אַ זאָג געטאָן, — „נישקשה, מיטן כוח פון שמחה און מיטן גלייכן אין שמחה וועלן אונדז אַלע געפאַרן פאַרביי און אַלע גזרן בטל ומבוטל ווערן”.

און גיטעלע האָט ווייטער געטאַנצט. זי איז שוין אַ ביסל מיד געווען. זי האָט דערום דאָס פּעקעלע פון דער רעכטער האַנט אין דער לינקער איבערגענומען, און מיט דער רעכטער, ווי פריער מיט דער לינקער, דאָס קלייד עטוואָס פון אירע פיס און שיך צום טאַנץ אויפגעהויבן.

און אַז זי איז שוין גאָר מיד געוואָרן, האָט זי מיט די אויגן אַרום זיך און פון דער ראָד, ווי הילף און שטיצע געזוכט, און מיטאַמאָל, די קינדער אירע דערזעענדיק, האָט אויסגעשריען.

— קינדער, טעכטער מיינע...

און די טעכטער האָבן פאַרשטאַנען. און באַלד האָט שוין גיטעלע אירע צוויי טעכטער, יהודיתן און נחמהקען, איר אַנטקעגנגייענדיק און פאַר איר פּנים טאַנצנדיק, געהאַט... דערנאָך האָבן זיי זיך צו אירע ביידע זייטן געשטעלט און אַלע דריי שוין אין איין שורה: יהודית, די עלטערע, האָט, טאַנצנדיק, מיט די אויגן דעם פאָטער געזוכט, און נחמהקעס אויגן — צו דער מוטערס פיס געווענדט.

און אָט, און ווי דער גאַנצער עולם איז דעמאָלט פאַרכאַפּט געווען מיט קוקן אויף זיי, אַזוי האָט קיינער ניט באַמערקט, און פון גרויס פאַרכאַפּטקייט איז צו קיינעמס אויער ניט דערגאַנגען, ווי צום טויער, וואָס פאַרן הויף, איז דעמאָלט אַ בויד צוגעפאָרן און זיך אָפּגעשטעלט. לעצטער גלעקער־געקלאַנג איז, ביים אָפּשטעלן זיך פון דער בויד, אַנטשוויגן געוואָרן. פון דער בויד איז אַראָפּגעקראָכן איינער אַ מענטש, וואָס איז געזעסן אויבנאָן. און צוזאַמען מיט אים — דער באַלעגאָלע מיט געפּעק אין האַנט. און ביידע האָבן זיך צו דער פאָרטקע פון משהס הויף געלאָזט.

„קייטל־זייגער” איז פון זיין הינטישער בודקע אַרויס און געוואָלט אָנפאַלן און זיך צעהאַווקען, אָבער — ביים וועלן געבליבן. ער האָט זיך דערום נאָר ↰ 86 אַ פּאָר מאָל אַרום זיך אַליין, אַרום זיין אייגענעם קערפּער, אַרומגעדרייט און צוריק אין בודקע, אַ נישט־האַווקענדיקער, אַריין.

און די צוויי, דער פּאַסאַזשיר מיטן באַלעגאָלע, זיינען אין הויף געקומען.

דער פּאַסאַזשיר האָט זיך שטאַרק פאַרחידושט, וואָס אינמיטן וואָך, אין אַ געוויינלעכן טאָג, האָט ער פון דער שטוב אַ גרויסע שיין אַרויסשיינען דערזען און צוזאַמען מיט דער שיין האָט ער אין שטוב ווי אַ סך מענטשן אויך דערפילט... אין שטוב אָבער איז שטיל געווען.

ער איז אין הויף ביי דער זייט פון די שטוב־פענצטער געגאַנגען, ביז ער איז אַרויף אויף די טרעפּ פונעם הינטערשטן שטוב־אַריינגאַנג, די טיר געעפנט, און דעם לענגלעכן קאָרידאָר, וואו די שראַגע מיט די מלבושים האָט זיך געפונען, דורכגעגאַנגען, און האָט זיך לסוף אויף דער שוועל פון דער גרויסער עס־שטוב געטראָפן.

פון דרויסנדיקן פינצטער געקומען, און פון שטוב־ליכט און גרויסן עולם פאַרבלענדט, איז ער אַ וויילע אויף זיין אָרט געבליבן, — ער, אַ הויכער און שטאָלצער, אין אַ זומערדיקן וועג־מאַנטל מיט אַ קאַפּטער, און באָרד און ברעמען אַ ביסל פאַרשטויבטלעך. ער האָט געקוקט, און ווי אַ שמייכל און חידוש אין זיינע אויגן, און דער שמייכל האָט באַטייט: מ׳באַמערקט נישט... נישקשה, מע וועט באַלד באַמערקן...

און טאַקע: ווי גיטעלע מיט ביידע טעכטער ביי די ביידע זייטן האָט אַזוי געהאַלטן אינמיטן טאַנצן, אַזוי האָט זי פּלוצים אויפגעהויבן די אויגן צו דער טיר, וואוהין זי איז גראָד מיטן פּנים איצט געווענדט געווען, און מיטאַמאָל האָט זי עפּעס דאָרט דערזען...

זי האָט תחילת אירע אויגן ניט געגלייבט, געמיינט — אַן אויסווייזעניש, ווייל — אומגעריכט. און פריער אַ רגע האָט זי דאָרט, אויפן זעלבן אָרט, נישט באַמערקט נאָך גאָרנישט. אָבער וואָס לענגער זי האָט זיך איינגעקוקט, אַלץ מער האָט זי זיך איבערצייגט אין געזעענעם... זי האָט זיך אַ ריס געטאָן, און מיטאַמאָל, לאָזנדיק דיביידע טעכטער אַליין און דאָס אָרט צווישן ביידע — אַ ליידיקס, איז זי פון ראָד אַרויס, צו דער טיר און צו דער שוועל צו, און ווי נישט מיט איר קול אויסגעשריען:

— לוזי...

זי האָט אויסגעזען, ווי אַ קינד, וואָס האָט אַ ליבן גאַסט אָדער אַן אייגענעם פאָטער דערזען. זי האָט זיך אַ העפטיקן לאָז געטאָן און ווי געוואָלט צום גאַסטס ברוסט צופאַלן. זי האָט זיך אָבער אין איר און אויך אין זיין עלטער דערמאָנט — און זיך אָפּגעהאַלטן.

אָבער אַ גליקלעכע, און ווידער ווי אַ קינד, וואָס אין סאַמע רעכטער סכנה וואָלט דעם אומגעריכט אַ הילף פון ערגעץ געקומען, אַ רעטער, וואָס דער שליסל פון אַלער הילף איז ביי אים אין דער האַנט, — אַ גליקלעכע, וואָס ↰ 87 צו אַלע ביזהעריקע וואונטשן, וועט איר איצט דער העכסטער וואונטש פונעם העכסט־געגאַרטן געגעבן ווערן — האָט זי דאָס פּעקעלע, וואָס אין האַנט ביי איר, צו לוזיס אויגן אויפגעהויבן, דאָס אים אַ ווייז געטאָן און נאָכאַמאָל אויסגעשריען:

— לוזי!...

— וואָס איז, גיטעלע, וואָס געשעט און וואָס קומט דאָ פאָר?

— אַ סעודה און אַ שמחה איצט דאָ, לוזי, און איך לאָז דיך אין שטוב ניט אַריין, פון שוועל ניט אַראָפּ, ביז דו וועסט מיר דאָ אויפן אָרט משהן נישט צואווינטשעווען.

— וואָס ווינטשעווען?

— אריכת־ימים, לוזי, און אָט זע, — און דאָ האָט זי אים פאַר די אויגן נאָכאַמאָל דאָס פּעקעלע באַוויזן, — אָט דאָס זיינען די „בגדים” משהס, וואָס ער האָט זיך שוין אין וועג פאַרגרייט.

— וואָס רעדסטו, קינד? אריכת־ימים? אוודאי אריכת־ימים; אַוודאי ווינטשעווען. —

אין דעם מאָמענט, בעת אויף דער שטוב־שוועל איז צווישן גיטעלען און לוזין פאָרגעקומען אָט די באַגעגעניש, זיינען שוין אַלע שטוב־לייט, מיט משהן בראש, צו צו דער טיר. ביידע ברידער האָבן זיך געקושט, און די קינדער האָבן דעם פעטער דעם וועג־מאַנטל אויסטאָן געהאָלפן, און אויך פונעם באַלעגאָלע, וואָס איז די גאַנצע צייט געשטאַנען הינטערן גאַסטס פּלייצעס, דאָס געפּעק צוגענומען. באַלד האָט אויך משה דעם גאַסט אין אַ באַזונדערן, תמיד פאַר אים פאַרגרייטן, צימער אָפּגעפירט. אַהין האָט מען אים וואַסער אויף זיך אַרומוואַשן געבראַכט. ער האָט אויך דאָרט די קאַפּאָטע פון וועג איבערגעביטן אויף אַן אַנדער און צו דער סעודה פּאַסנדיקער, און אין אַ וויילע אַרום איז ער שוין צוריק אין עס־צימער געקומען צום זיך פרייענדיקן עולם און צו די שטוב־לייט, וואָס האָבן אויף אים געוואַרט.

אַן אָרט האָט מען אים אָפּגעגעבן אויבנאָן, לעבן משהן. משרתים האָבן געאיילט און דינסטן האָבן באַדינט, און גיטעלע מיט די קינדער זיינען ביי דער זייט און הינטער זיין בענקל געשטאַנען — אויך אויף באַדינען און אויף וואָס נייטיק ס׳וועט זיין צו דערלאַנגען.

לוזי האָט פון אויפגעגעבענעם געגעסן, און בעתן עסן מיט די געציילטע, וואָס דינען נאָענט צו משהן געזעסן, געציילטע ווערטער נאָר גערעדט. דאָס זעלבע מיטן ברודער, מיט משהן אַליין, דאָס זעלבע אויך מיט די שטוב־לייט, כאָטש ער איז, צו זען, אויפגעלייגט געווען זייער און די סעודה־אַרומרינגלונג איז אים ניחא געווען.

און שפּעטער, אַז די סעודה האָט זיך נאָכאַמאָל צעפלאַקערט, אַז דער עולם האָט פאַרגעסן אין גאַסט, וואָס ער האָט אים פריער דאָס עסן און טרינקען ↰ 88 איבערגעשלאָגן, און ווידער האָט מען זיך — ווער צום שמועסן, ווער צום ליאַרמען, ווער צום טרינקען און ווער צו אַלע אינאיינעם — גענומען, און דער פריערדיקער טומל האָט זיך ווידער איינגעשטעלט, און נאָך מער, ווי פריער, זיך געשטאַרקט — איז מען ווידער ווי צום פריער־איבערגעריסענעם טאַנץ אַרויס.

און דאָס מאָל האָט שוין אויך דער פעטער לוזי מיטגעטאַנצט. אַ נייער, פרישער מענטש איז צוגעקומען, און פון אים האָבן איצט ווי אַלע אויגן געמאָנט, און ער איז אין טאַנץ, כאָטש מיט אַלע צוזאַמען, דאָך ווי זיין באַזונדער גאַנג זיך געגאַנגען מיט האַלב־געשלאָסענע אויגן, אַ שטאַרק־פאַרטיפטער, אַן אויסגענומענער, אַן אויסגעטיילטער, ווי מיט אַ הויכן סאָרט כוונה און שמחה, און אין די באַוועגונגען אי רייך אי שפּאָרעוודיק אויפגעהאַלטן.

און נאָך שפּעטער, ווען דער עולם איז שוין אינגאַנצן באַטרונקען געווען: ווער ס׳איז שוין שלעפעריק ביים טיש אַ געשטילטער און אַן אויסגעשעפּטער געזעסן, ווער זיצנדיק געדרעמלט און דעם קאָפּ אויפן טיש אָנגעשפּאָרט, און ווער, פאַרקערט, פון שיכרות אַ מער צערויטלטער און צעהוליעטער; איינער האָט מעשים אָנגעטאָן, זיך געטשעפּעט און זיך תערומותן געזוכט, אַן אַנדערער האָט אַלטע מחלוקתן זיך דערמאָנט און אין געשלעג געקראָכן, ווער ס׳האָט דעם באַלעבאָס און דער באַלעבאָסטע שוין גראָבקייטן געזאָגט, און ווער וועמען אַלטע חטאים וואָס אויסגעוואָרפן; —

אָט דעמאָלט האָבן זיך, פון רעש און טומל ניט באַמערקט פון קיינעם, די ביידע ברידער, משה און דער פעטער לוזי, פון גרויסן עולם אַרויסגערוקט, און זיינען געקומען אין דער ווייטער זאַל, דער שטילער, וואָס די שמחה האָט אַהין ניט דערגרייכט, און וואָס זעלטן זיינען דאָרט געסט אויפגענומען געוואָרן.

ס׳האָט דאָרט געברענט איינער נאָר אַ לאָמפּ, פון דער סטעליע אַן אַראָפּהענגענדיקער. אויפן דיל זיינען אין אַלע פיר זייטן, אין קוואַדראַטן, סטעזשקעס אויסגעשפּרייט געלעגן, אין אַלע פיר ווינקלען פון זאַל — גרויסע פיקוס־וואַזאָנעס, אָלעאַנדרעס מיט גראָבע און שמאָל־לענגלעכע בלעטער און בלעטלעך אין גרויסע ערד־דייזשקעס געשטאַנען. אַ רו פון געוויקס האָט פון זיי געטראָגן, אַ רו פון ביינאַכט, ווען געוויקסן שווייגן, אַ דו אויך פון די סטעזשקעס אין קוואַדראַט אויסגעשפּרייטע. און אויך פון ווייכן פּריצישן מעבל — פון נידעריקע טאַבורעטן מיט טשעכאָלן איבערגעצויגן. און אויך פון אַ שווער־געבעטער סאָפע אין אַ טשעכאָל.

אַהין האָבן זיך ביידע ברידער, ווי אָפּגערעדט, נישט־אָפּגערעדט, פונעם גרויסן עולם דערווייטערט, און ווי אומגערן און אומיסטן פאַרבלאָנדזשעט.

קיינער האָט זייער פעלן אין שטוב נישט באַמערקט. קיינעם זיינען זיי שוין נישט אָנגעגאַנגען. אַליין נאָר גיטעלע מיט די אייניקלעך, וועלכע האָבן די גאַנצע צייט, פון זינט דער פעטער לוזי איז געקומען, אים פון אויג נישט ↰ 89 אַרויסגעלאָזט, האָבן איצט, פּלוצים אים נישט דערזעענדיק צווישן עולם, און אויך משהן — נישט, — האָבן זיי זיך זוכן אַוועקגעלאָזט, פון צימער צו צימער, ביז זיי זיינען צו דער שוועל פון זאַל געקומען, און קומענדיק, און אויף דער שוועל בלייבנדיק, און זעענדיק יענע ביידע אין זאַל שפּאַצירן און צווישן זיך אַ שטילן שמועס פירן, האָבן זיי זיך פאַרהאַלטן, פון אָפּשיי און דרך־ארץ די שוועל נישט אַריבערגעטראָטן, און ווי פון צוויי ליכט, אומגייענדיקע, פונווייטן זייערע אויגן געשפּייזט.

צווישן די ברידער איז אַ קורצער שמועס, נאָר אַן איבערכאַפּנדיקער, דעמאָלט פאָרגעקומען.

צווישן אַנדערן האָט משה ביי לוזין אויך אַ פרעג געטאָן:

— איז, הייסט עס, קומט ער איצט פון דאָרט, וואו ער האָט אין בריוו געשריבן?

— יאָ, — האָט לוזי געענטפערט.

— און ער האָט טאַקע, — האָט משה ווייטער געוואָלט וויסן, — באַשלאָסן, אַז ער בלייבט טאַקע אַ זייעריקער?

— יאָ, — האָט ווייטער לוזי געענטפערט.

— מוז ער אים זאָגן, לוזין, אַז ער וואָלט זיך עס קיינמאָל ניט געגלייבט, און ס׳איז לא עלתה על דעתו.

— אַזוי קרום זעט עס אים אויס?

— ניין, כ׳זאָג ניט, כ׳זאָג נאָר, אַז די גאַנצע וועלט גייט ניט אין יענע דרכים, אונדזער הייליקער טאַטע איז ניט געגאַנגען, און אויך אויף דיר איז מיר אַ ווילדער חידוש.

— אַזוי קרום דאַכט זיך דיר דער דרך?

.— כ׳ווייס ניט. כ׳האָב קיינמאָל ניט געטראַכט פון אים, אָבער ס׳איז ווילד און פּריקרע.

— איז טראַכט זשע יאָ, ברודער־סערדצע, און דערווייל לאָמיר דאָס לאָזן. כ׳בין זייער מיד פון וועג. אַן אַנדערש מאָל.

און דערביי האָט זיך דער שמועס פאַרענדיקט. זיי האָבן זיך פון זאַל אַרויסגיין געלאָזט, און די אייגענע, — גיטעלע, משהס ווייב, און די אייניקלעך, — וואָס זיינען שטילע אויף דער שוועל געשטאַנען און אויף זיי ווי געוואַרט, האָבן אויף משהס פּנים, ביים אַרויסגיין פון זאַל, אַ קליין וואָלקנדל אָנגערוקט דערזען: זיינע אויגן טרויעריקלעך און אָפן, נישט ווי זיי זיינען געוואוינט געווען זיי צו זען בעת אַ שמחה — פון פאַרגעניגן פאַרזשמורעט.

5

אין אַ פּאָר טעג אַרום נאָכן אויבן־דערמאָנטן, איז אין איינעם אַ פאַרנאַכט מיכאַלקע מיטן שליסל פון סאָד, וואָס האָט זיך שטענדיק ביי אים געפונען, ↰ 90 שקראַבענדיק און מיטן אַלטלעך־געבראָכענעם גאַנג צו דער סאָד־פאָרטקע צוגעקומען.

ווי באַשטענדיק, ווען ער דאַרף עפּעס אַן אַרבעט טאָן, האָט ער אויך איצט גערעדט צו זיך אַליין און עובר־בטלש געבורטשעט. ער האָט זיך לאַנג ביים שלעסל געפּאָרעט, אין שלעסל־לאָך נישט אַריינטרעפנדיק, און לסוף דאָס אויפגעשלאָסן, ווי פאַר עמעצן- פרייט און אַ וואַרע מאַכנדיק, די פאָרטקע אויפגעעפנט.

דאָס איז אַ סימן געווען, אַז באַלד וועט עמעצער פון די באַלעבאַטים, — אָדער גיטעלע, אָדער אַליין משה — מיט איינעם אַ גאַסט, אָדער מיט עטלעכע, — אין סאָד קומען, און אויף נגידיש־ברייטן אופן אין פאַרנאַכט אויף פרישער לופט פאַרברענגען.

און טאַקע:

באַלד האָט זיך פון דער פּאַראַד־טיר, וואָס קוקט פון אַ הויכלעכן פּידמורעק דורכן הויף אין גאַס אַריבער, פונעם גלעזערנעם קאָרידאָר אַרויס, פריער משה, נאָך אים זיין ברודער לוזי, זיך באַוויזן.

זיי זיינען פון די טרעפּ אַראָפּ, האָבן פון שטוב־פרונט אין הויף פאַרקערעוועט, פאַרביי דער עס־שטוב און דעם הינטערשטן אַריינגאַנג פאַרביי, און צום סאָד געקומען.

משה האָט, פון פּאַראַד־טיר אַרויסקומענדיק, אויסגעזען רויט, פאַרשוויצט און עפּעס ווי מבולבל, און לוזי — רואיק, מיט אַן אויפגעהויבענעם קאָפּ, פאַרגעניגט און אויפגעלייגט. משה — ווי פון אַ שטרייט אַרויס, און ערב אַ פאַרשפּילטן שטרייט, און לוזי — אַ זיגער און מיט אַ גליק אַ רואיק־שפּילערישן.

דאָס האָבן די ברידער איצט פאָרגעזעצט דעם שמועס פון יענער נאַכט, ווען די סעודה איז פאָרגעקומען, פון דעמאָלט, ווען זיי האָבן זיך נאָר געהאַט צוגערירט צו אים, און איבער דעם, וואָס איינער פון די ברידער — לוזי — איז געווען מיד פון וועג, האָט אים דער צווייטער — משה — געשאַנעוועט, דעם שמועס איבערגעריסן און אויף אַן אַנדערש מאָל געלאָזט.

געלאָזט. אין דער צווישן־צייט אָבער האָט, ווער ס׳האָט געקאָנט באַמערקן, באַמערקט, אַז משה איז ווי אַן אומגעדולדיקער אַרומגעגאַנגען, אַן אויפגערעגטער און אַ היפּשע מאָל צעשטרייטקייט אַרויסבאַוויזן. קינדער און שטוב־אייגענע האָבן באַמערקט, אַז די פּאָר טעג האָט משה, נישט ווי זיין שטייגער, אין באַלעבאַטישקייט זיך עפּעס איבעריקס געמישט און צופיל אַרום שטוב־זאַכן זיך געדרייט. קינדער האָבן באַמערקט, ווי משה גייט אַלעמאָל צו צום טיש, רוקט אַרויס אַ בענקל אויף זיך זעצן, האָט עפּעס חרטה, רוקט עס צוריק הינטערן טיש אַרונטער, און באַלד ווידער חרטה, און נעמט דאָס בענקל ווידער אַפיר.

↤ 91

דאָס — די קינדער. גיטעלע אָבער, וואָס אַמנאָענטסטן צו אים, האָט נאָך באַמערקט, ווי אָפט עס ציטערט אים די אונטערשטע ליפּ, און כדי נישט צו געבן אַנדערע דאָס צו באַמערקן, האַלט ער צו די אונטערשטע מיט דער אייבערשטער און גלייכט מיט אַ צוגעמאַכט מויל אַ וויילע.

— וואָס איז דיר, משה? — האָט זי איינמאָל ביי אים געפּרואווט אַ פרעג טאָן.

— גאָרניט, גאָרניט, — האָט ער איר, ווי נישט ווילנדיק, אָפּגעענטפערט, זי אָפּגעשטויסן.

גיטעלע האָט אָבער גלייך דערקענט, אַז די סיבה פון איר מאַנס צעשטרייטקייט די לעצטע טעג נאָך לוזיס אָנקומען, איז ניט קיין אַנדערע, נאָר אַליין טאַקע לוזי.

ווייל גלייך נאָך לוזיס קומען, האָט זי (און נישט נאָר זי) אין לוזין אַ שינוי דערזען אַ נישט ווי אַלעמאָל קיין פאַרטראַכט־שווייגנדיקער און געשלאָסענער, נאָר דאָס מאָל ווי צעעפנט. און ווי עפּעס אַ נייע הויט אויף אים; נישט, ווי פריער באַשטענדיק, ווען ער פלעגט מיט די אויגן איבער זאַכן אַריבערקוקן און אין חלל און אין דער לופט עפּעס זוכן. ניין. איצט — ווי געפונען, און גליקלעך פון געפונענעם, האָט ער אַלעמען גלייך אין די אויגן געקוקט, צוגעלאָזט, און אָפט מיט די שטוב־לייט, מיט מאַנצבילן, ווי מיט פרויען, מיט גרויסע, ווי מיט קינדער, אַ שמועס פאַרפירט, גערעדט און זיך געלאָזט רעדן.

— לוזי... — האָט דערום גיטעלע די געלעגנהייט אויסגענוצט — לוזיס צוגעלאָזטקייט — און זיך איינמאָל געווענדט צו אים.

ס׳איז געווען ביים עסן, בעת זי האָט אים ביים טיש באַדינט און זי האָט די צייט פאַר אַ שעת־הכושר געהאַלטן.

— לוזי...

— וואָס איז, גיטעלע?

— זיי מיר מוחל, לוזי, און האָב קיין פאַריבל ניט: אין אייערע מאַנצבילשע זאַכן מיש איך זיך ניט, ווייל כ׳פאַרשטיי ניט, אָבער משה זאָגט... עפּעס זאָגט משה...

— אַז וואָס?

— אַז עפּעס אַ נייער דרך ביי דיר.

לוזי האָט, קוקנדיק אויף איר, געשמייכלט.

— איז וואָס, אַז אַ נייער? איז דאָך גוט, גיטעלע, אויב אַ נייער?

— יאָ, אָבער משה...

— איז פאַרלאָז זיך שוין אויף מיר און אויף משהן, — האָט ער איר אָפּגעענטפערט און מיט שפּאַסיקן גוטמוט איר די רייד איבערגעריסן.

און משה אַליין האָט עטלעכע טעג אויסגעוואַרט. ער איז צעשטרייט געווען און איבעריק אַרום די שטוב־זאַכן זיך געדרייט. און איצט האָט ער די ↰ 92 צייט אָפּגעציפערט, ווען ער איז אַליין פאַרנאַכט מיטן ברודער אין ברודערס צימער געבליבן, איצט האָט ער שוין נישט געזאַמט און איז גלייך צום ענין מיט אַן אויפגערודערטן טאָן און מינע צוגעטראָטן:

— ער פאַרשטייט נישט און הייבט ניט אָן צו פאַרשטיין, אַז בסך־הכל, ווער זיינען זיי? ווי קומט לוזי גאָר צו „זיי”, און „זיי” — צו לוזין? ער — ער, און „זיי” — באַלמעלאָכעס־עברינים. אַזוי אין N זאָגט מען און אַזוי אויך אומעטום. איז פאַרוואָס עפּעס ביי דער גאַנצער וועלט דער שקר, און ביי „זיי”, גראָד ביי „זיי”, דער אמת?

לוזי האָט דעם ברודערס אויפגערודערטקייט באַמערקט און מיטן זעלבן טאָן, וואָס יענער, ניט געוואָלט אים אָפּענטפערן. ער האָט אויסגעזען און זיך געפילט, ווי אַ פול־באַלאָדענע שיף, וואָס זיצט אין טיפע וואַסערן, און וואָס מעג זיך אַ זיכערן און רואיקן גאַנג פאַרגינען. ער האָט דערום נאָר געזאָגט:

— און אַז באַלמעלאָכעס, איז וואָס? און אַז עם־הארצים? זיינען דען, חלילה, עם־הארצים קיין יידן ניט? ס׳איז דאָך נאָר, וואָס זייער דרך געפעלט אים ניט, איז זאָל ער רעדן פון זייער דרך, אָבער ניט פון זיי.

און דאָ האָט משה פאַר זיך זיין קעגנער דערזען, און ער האָט גלייך דערפילט, אַז די שפּיל איז פון אָנהייב אָן און פון פאָרויס באַשטימט אַ פאַרשפּילטע. ס׳האָט אים באַלד ווי לופט אויסגעפעלט, די ענגע פיר ווענט האָבן אים געוואָרגן, און אין דרויסן, האָט זיך אים געדוכט, וועלן אים לייכטער די געדאַנקען אָנקומען, און ער וועט זיך בעסער קעגן זיין קעגנער קענען ווערן. ער האָט דערום באַלד צו מיכאַלקען באַפוילן, יענער זאָל די סאָד־פאָרטקע עפענען, כדי דעם ווייטערדיקן שמועס און וויכוח שוין אויף דער פרישער לופט פאַרזעצן.

און אָט — אַז זיי זיינען אַריין אין סאָד, האָט מען, ביי אַ זייט שטייענדיק, געקענט באַמערקן, ווי דער פעטער לוזי האָט, אויף דער ערשטער סטעזשקע קומענדיק, אַלעמאָל דעם קאָפּ פאַר אַן אַנדער בוים מיט אַראָפּהענגענדיקע צווייגן אָנגעבויגן, און משה ניט, ווייל דער פעטער לוזי איז העכער פון משהן.

דערנאָך האָט מען זיי שוין אויף אַ ווייטערדיקער סטעזשקע, איינס לעבן דאָס אַנדערע, אומגיין געזען: איינעם אַ הויכן און שטאַלטנעם, דעם צווייטן ביי זיין זייט — אַ קלענערן; ביידע אין שוואַרצע קאַפּאָטעס, ווי מיטן שבת אינדערוואָכן, און ביידע האָבן איצט אין דער לעצטער שקיעה־שיין שפּאַצירנדיק, אויסגעזען, ווי צוויי אַלטע קלוגע לייט אַמאָל אין אַן אַלט לאַנד, פאַרנאַכט אין אַ גאָרטן, ווען דער טאָג נידערט אַראָפּ, הויכע און נאָר זיי אַליין באַוואוסטע ענינים באַהאַנדלענדיק.

אַז מע האָט זיך אָבער בעסער איינגעקוקט, האָט מען באַמערקט, אַז איינער — לוזי — האָט די גאַנצע צייט רואיק די הענט אין די הינטערשטע קעשענעס פון דער קאַפּאָטע געהאַלטן, און דער צווייטער — משה — ביי זיין זייט און ↰ 93 אַ ביסל פאָרויסגייענדיק, האָט דעם קאָפּ אַלעמאָל צום ברודער געווענדט און מיט אומרואיקע הענט־באַוועגונגען האָט ער ווי צום ברודערס הויכקייט געוואָלט אַרויפדערלאַנגען.

די טריט פונעם העכערן דערביי זיינען געווען געמאָסטן, און יענער, דער ברודער, פאַרלויפט אים פאַרפריער דעם וועג, אָבער דער העכערער גיט זיך יענעמס לויפיקייט ניט נאָך, פאַרקערט — דער נידעריקער מוז זיך, אַלעמאָל נאָכן פאָרויסלויפן, צוריק צום העכערנס געמאָסטנקייט צופּאַסן, און ווידער צו יענעמס זייט און גאַנג זיך צושטעלן.

ביי משהן האָבן די אויערן און דאָס פּנים פון וויכוח און היץ געפלאַמט, און די פאַרנאַכטיקע קילע לופט האָט אים ניט אָפּגעקילט, נאָר פאַרקערט, אים מער צעפלאַקערט. און לוזי האָט, צוליב פרייערן און לופטיקערן דענקען, דאָס היטל העכער און אַרויף שטערן אַרויפגערוקט געהאַט.

און לוזי האָט דעמאָלט פון פאַרשיידענע דרכים, גענג און שיטות, פון פאַרשיידענע הייליקע גערעדט. פון אייניקע, פונעם רוב, וואָס ער האָט זיי פאַרגלייכט מיט אַ ליכט, וואָס שטייט און ברענט נאָר אויף איין אָרט, און באַלויכט ניט מער, ווי איר אַרום: אויב קליין — אַ קליין אָרט, אויב גרויס — אַ גרעסערס. און אַנדערע — געגליכן צו אַ גייענדיקער ליכט, וואָס וואוהין זי גייט, לייכט זי און דינט פאַר אַ וועגווייזער... אייניקע געגליכן צו אַ טייך אום זומער, וואָס נאָר די נאָענטע ברעג־ערטער ציען פון אים די שפע, און אַנדערע — צו אַ טייך־אויסגוס אום פרילינג, וואָס ווילד־ווייטע שטחן ווערן פון אים באַפרוכפּערט און באַגאָסן...

ער האָט אויך גערעדט פון פאַרשיידענע סאָרטן שמחות: פון אַ שמחה, וואָס דערגייט נאָר ביז דער סטעליע, און פון אַן אַנדערער, וועלכע הייבט אַרויף, דערהייבט און לייטערט, שאַפט וואונדער — מאַכט פון אַלט יונג, און פון דער גראָבסטער זאַך — אַזאַ, וואָס קאָן ביז דער העכסטער הייך אַרויפדערלאַנגען.

ער האָט גערעדט און דערוויזן, אַז דאָס אַלץ איז נישט ביי אַלע פירער פונעם דור צו געפינען, נאָר ביי אייניקע, אויסגענומענע, און בכלל שוין נישט ביי די פון איצט, נאָר בלויז ביי די פריערדיקע, ביי די „ראשונים”, און משה האָט זיך געווערט, זיך געוואָרפן און אַנדערש געוואָלט דערווייזן.

לוזי האָט מיט אַ וואונדערלעכער מנוחה פון פאַרשיידענע מאָסן גערעדט.

פון מאָס פון הייך און נידער, אויך פון שלעכטס און גוטס, און ער האָט דערוויזן, אַז אין פאַרשיידענע צייטן זיינען פאַרשיידן אויך די מאָסן, אַז אין באַזונדערע צייטן זיינען אַפילו די מאָסן פון גוטס און שלעכטס באַזונדערע; און דערום, איז דאָס פון אַלעמען אָנגענומענע נישט קיין מחויב און קיין מוז פאַר אַלעמען, ובפרט פאַר אויסגענומענע און פאַר געציילטע — פאַר אַזוינע, וואָס קאָנען איבעראַנדערשן די מאָסן, און וואָס קאָנען נייע וועגן אויפברעכן; ↰ 94 און לכן, און דערום, זיינען אַלע זיינע, משהס, ראיות און אָפּפרעגונגען, וואָס ער פרעגט אים אָפּ און ווייזט אים אָן אויף די אויסגעטראָטענע וועגן, קיין אָפּפרעג ניט, ווייל דער אויסגענומענער האָט רעכט צו זיין אַ „יוצא”, *) האָט רעכט צו שאַפן אַן אייגענעם וועג, פריער פאַר זיך אַליין, וואָס דערנאָך וועט ער, דער וועג, זיין אויך פאַר פיל און פאַר אַלע. — און משה האָט ווידער אָפּגעפרעגט.

און ווען אַ פרעמדער וואָלט בעת אָט דעם וויכוח בייגעווען, וואָלט ער געזען, וואָלט זיך אים געדאַכט, אַז ער זעט אַ הויכן לייטער פאַר זיך, און צוויי מענטשן פון זיינע ביידע זייטן גייען אַרויף אויף אים; אָבער ווען איינער שטייגט רואיק, נעמט טרעפּ נאָך טרעפּ, און דאָס איינגענומענע איז אים לייכט אָנגעקומען, אָן קיינע שוועריקייטן, פאַרקערט — אים נאָך גרינגקייט אין די פיס געגעבן, אויף העכער און נאָך מער צו שטייגן, — איז דער צווייטער, פון דער אַנדערער זייט, וואָס וויל יענעם נאָכגיין, הינטערשטעליק; האָט מורא פאַר דער הייך, און די גאַנצע צייט פון אויפגיין איז ער מיט די אויגן צו די פיס פונעם אַרויפגייער, וואָס פון דער צווייטער זייט, געבונדן, קוקט אויף זיי, לערנט זיך שפּאַנען ביי זיי, און די לערע גיט זיך אים ניט איין, ווייל יענעמס שטייגן־מאָס איז קיין מאָס פאַר אים, און פאַרן צווייטנס קאָפּ איז די הייך ניט געפּאַסט, מחמת קאָפּשווינדל און מחמת מורא.

און דער סוף איז געווען, אַז ווען אַלע ראיות און אַרויסברייאונגען האָבן זיך שוין אויסגענומען ביי איינעם, און אַז וואָס ער האָט פון אָנגעזאַמלטן וויסן פאַרמאָגט, האָט ער שוין אויפן טיש אויסגעלייגט, און אַליין שוין מיד און אויסגעשעפּט און פון אַלע זיינע אָנשטרענגונגען האָט ער קיין סימן בנין נישט אויסגעבויט, — איז דער צווייטער, פאַרקערט, שוין ווי אויף אַ הויכער פעסטונג, פּאַמעלעך און זיכער אַן אויסגעבויטער, געשטאַנען, און געקוקט אויף זיין קעגנער, ווי אויף אַ קינד, וואָס גייט קעגן אַ גרויסן מיט קינדערש־נישטיקע מאָסמיטלען צו קעמפן.

און דער סוף איז געווען, אַז נאָך דעם, ווי ביים ברודער משהן האָבן זיך שוין אַלע טענות און טענות אויסגעלאָזט, און ער האָט לאַנג און פאַרלוירן נאָך, ווי אין די קעשענעס געזוכט, און לסוף אַ קליין ביסל מינץ געפונען, און ער האָט דאָס ביסל אין דער פאָרם פון אַ לעצטער טענה אויסגעלייגט:

— איז יאָ, אָבער פאַרוואָס די גאַנצע וועלט זוכט און געפינט צווישן די לעבעדיקע פון זייער דור, און ער, לוזי, איז גאָר אַוועק צו די טויטע?

האָט אים דערויף שוין לוזי, ווי מיט אַ שמייכל, זיין שוואַכקייט באַדויערנדיק, און ווי אַ זיגער, וואָס גיט דעם באַזיגטן אַ האַנט צום אויפשטיין, מיט ליבע און מיטלייד אָפּגעענטפערט:

*) אויסנאַם.

↤ 95

— איז וואָס, אַז טויט? איז דאָך משה־רבינו אויך טויט, איז דאָך אויך ר׳ יוחנן בן זכאי, דער רמב״ם, דער בעל־שם הקדוש טויט — נו, איז וואָס, איז דען די תורה זייערע, חלילה, טויט?...

און דאָ האָבן די ברידער דעם שמועס פאַרענדיקט. ס׳איז שוין טיף אין אָוונט געווען און שוין צייט מעריב צו דאַוונען. פון די ביימער און פון גאַנצן סאָד האָט שוין מיט קילקייט געצויגן; פון זון — שוין קיין סימן, נאָר פון דער אַנטקעגן־זייט, וואוהין די זון איז שוין געהאַט פאַרגאַנגען, איז אַפריער אַ שטאַרק־בלאַסע, און וואָס ווייטער און שפּעטער — אַ גאָלדן־גרויסע, אָב־חודשדיקע לבנה אויפגעגאַנגען, מיט אַ צוזאָג אויף דערנאָך, אויפן גאַנצן אָוונט און אויף נאַכט דער גאַנצער, מיט אַ שטילער און הויך־גאָלדיקער שיין דעם סאָד, די שטוב, דעם הויף און דעם אַרום צו באַלויכטן.

די ברידער האָבן דעם סאָד פאַרלאָזט, זיינען דורכן הויף דורכגעגאַנגען, און אַז זיי זיינען אין שטוב אַריין, האָבן שוין ליכט און לאָמפּן געברענט. זיי האָבן אַ וויילע, פון דרויסן קומענדיק, ביידע צוערשט די אויגן פאַר דער שיין געזשמורעט, דערנאָך האָבן זיי זיך געשטעלט דאַוונען.

די שטוב־לייט האָבן נאָך זייער אַריינקומען געזען, אַז משה האָט, פון סאָד אָנקומענדיק, ווי אַ געשלאָגענער זיך געפילט, און ער האָט זיך אַ ביסל צו אַלעמען און באַזונדערס צו לוזין געהאַלטן פרעמדלעך, און לוזי, פאַרקערט, אויפגעלייגט, פריי און ווי גאָרניט איז ניט פאָרגעקומען.

די שטוב־לייט האָבן, צוליבן נישט איבעריקן גוט־פילן־זיך פון זייער פאָטער, דאָס מאָל דאָס פאַרברענגען ביים אָוונט־עסן ווי מקצר געווען: נישט פאַרן עסן און אויך נאָכן, — נישט, ווי זיי זיינען געוואוינט געווען, — אין רעדלעך זיך איצט ניט געקליבן. נאָר מע איז אַלע באַלד נאָכן עסן, יעדער אין זיין צימער, זיך צעגאַנגען. משה מיט גיטעלען — צו זיך אין אַלקער, די קינדער — צו זיך.

דעם פעטער לוזין האָט מען דעמאָלט זיין בעט געבעט, נישט ווי אַלעמאָל אין זיין צימער, נאָר אין פּאַראַדנעם גלעזערנעם קאָרידאָר, ווי ער האָט פאַרלאַנגט. אין יענעם קאָרידאָר, וואָס דינט סוכות־צייט פאַר אַ סוכה, וואו די סטעליע איז אין זעקס פירעקעכיקע אָפּטיילונגען געטיילט, יעדער פירעק מיט אין אלכסון אויסגעלייגטע געפאַרבטע שטעקעלעך, און וואו די ווענט זיינען העכער האַלב פון גלאָז, פון קליינע טאַפליעלעך, און די טאַפליעלעך פאַרשיידנפאַרביקע: רויט, גרין, געל, ברוין א. אַז. וו.

דאָרט האָט מען איצט זיין בעט געשטעלט. פאַר אַ „שומר” האָט מען אים דעמאָלט יהודיתעס, משהס טאָכטערס עלטסט יינגעלע, מאירלען, געגעבן: — מאירלען, וואָס טיילט זיך אויס פון אַלע קינדער אין שטוב מיט באַזונדערער שטילקייט, חשיבות און אויסטערלישער לאַגע צווישן קינדער, און וואָס אים ↰ 96 האָט תמיד אַפילו דער פעטער לוזי, צוגאַסט קומענדיק, פון אַלע קינדער אויסגעטיילט.

מאירל האָט זיך פאַרן וואָרט „שומר” געשראָקן. ער האָט געוואוסט, אַז עפּעס אַ הויכער סאָרט אחריות איז אַרויפגעלייגט אויף אים, כאָטש אין וואָס דאָס היטן באַשטייט, האָט ער נישט פאַרשטאַנען, און דאָך צוזאַמען מיט דער שרעק איז אים די אחריות אויך גוואַלטיק אָנגענעם געווען.

און אָט, אַז אַלע אין שטוב זיינען שוין געגאַנגען שלאָפן, ווען אַלע שוין אויף זייערע געלעגערס, די שטוב — שטיל, און אין אַלע חדרים האָט די שיין פון דער אין הימל הויך־שיינענדיקער גאָלדענער לבנה נאָר אַריינגעקוקט, זיינען אין משהס רואיק, רואיק הויז דעמאָלט נאָר צוויי מענטשן ניט געשלאָפן.

דאָס זיינען געווען:

משה אַליין, וואָס נאָכן וויכוח מיטן ברודער האָט ער זיך לאַנג ניט געקאָנט באַרואיקן, ניט בעתן מעריב־דאַוונען, ניט אויך נאָכדעם, בעתן עסן, און אויך איצט אַפילו, ווען ער איז שוין ביי זיך אין אַלקער געווען און האָט זיך געגרייט שלאָפן לייגן. ער איז, בעת ער האָט אויסגעטאָן די קאַפּאָטע, מיט איין אַרבל לאַנג אַ נישט־אויסגעטאָנענער געבליבן, און נאָך דער קאַפּאָטע איז אויך מיט די שיך פאָרגעקומען דאָס זעלבע: איינעם אויסגעטאָן, און מיטן אַנדערן איז ער לאַנג זיצן געבליבן.

דער צווייטער וואַכנדיקער — מאירל, וואָס פאַרן שלאָפן, ווען ער אַליין איז שוין אויף זיין געלעגער געווען, האָט ער געזען, ווי דער פעטער לוזי האָט די קאָרידאָר־טיר געעפנט, אין דרויסן אַרויס, און עפּעס לאַנג און עפּעס לענגער, ווי מע דאַרף, צוריק זיך ניט אומגעקערט. מאירל האָט מורא געקראָגן: ראשית, פאַרן פעטער לוזין, וועלכן ער האָט באַדאַרפט היטן, און, צווייטנס, פאַר זיך, וואָס ער איז איינער אַליין, שפּעט אין נאַכט, אין קאָרידאָר געבליבן.

ער האָט זיך דערום פון געלעגער אויפגעשטעלט און מיטן פּנים צו איינעם אַ טאַפליעלע צו, און גראָד האָט ער אַ רויטן געטראָפן, און אַרויסקוקנדיק דורך דעם, האָט ער אומגעריכט און פּלוצים דעם פעטער לוזי אינמיטן הויף, אַנטקעגן דער לבנה, מיט אַ פאַרריסענעם קאָפּ און מיט אַ פאַרבלאָנדזשעטן בליק צום הימל קוקן דערזען.

און מאירל האָט זיך פאַרן בילד דערשראָקן, — פאַר דעם, וואָס ער האָט קיינמאָל ניט געזען: אַ מענטשן אינמיטן ביינאַכט, איינער אַנטקעגן דער לבנה, מיט אַ פאַרריסענעם קאָפּ און באָרד אַרויפקוקנדיק.

ער איז אַ דערציטערטער צוריק צו זיין בעטל צוגעפאַלן, אונטער זיין קאָלדרע אַרונטער, זיך איינגעוויקלט און אַנטשלאָפן געוואָרן... די גאַנצע נאַכט אָבער האָט עס אים דערנאָך געשוידערט, און ער האָט זיך פון דערשרעק געוואָרפן, ↰ 97 און, אגב געזאָגט, אויף זיין גאַנצן לעבן דערנאָך דאָס בילד פאַרגעדענקט.

און אויך משהן האָט עס פאַרן שלאָף, — ער ווייס ניט פאַרוואָס, — עפּעס צום פענצטער אַ צי געגעבן, ער האָט זיך אַ נייג געטאָן, און פּלוצים — דאָס זעלבע, וואָס מאירל דערזען: לוזי אינמיטן הויף און מיט אַ פאַרריסענעם קאָפּ און באָרד צום הימל און צו דער לבנה...

ס׳האָט זיך ביי אים ווי אַן „אוי” געוואָלט אַרויסרייסן, און ער האָט זיך פאַרהאַלטן, כדי גיטעלען, וואָס איז אַנטקעגן אין איר בעט שוין געשלאָפן, נישט צו וועקן. ער האָט לאַנג ניט געקוקט, נישט געקענט קוקן... ער האָט פאַרשטאַנען, אַז לוזי האָט, נאָכדעם, ווי ער האָט זיך אויפן וועג פון די „זייניקע” געלאָזט, געוויס אויך די מידה פון „התבודדות” *) ביי זיי איבערגענומען, און פאַרן שלאָף איצט, ווי אַלע די „זייערע”, די שעה פון אַליין זיין געפּראַוועט.

ער האָט זיך באַלד אויך אין חלום, וואָס האָט זיך אים געחלומט, דערמאָנט: לוזי אין הויף אין דער מיט, מיט די כישוף־ליכט, און דער פאָטער וויינט, קוקנדיק אויף אים, און ער קערעוועט דעם קאָפּ אָפּ פון צו קוקן...

ער איז געפּלעפט געווען, ווייל אויף אַ משונה־אופן האָט זיך אים זיין חלום איצט באַשטעטיקט, און ער האָט זיך ווייטער דעם פאָטערס ווערטער דערמאָנט.

— „זעסט ניט, — האָט דער פאָטער געזאָגט, — לוזי טוט אונדז אָן אַזוינע חרפּות־בושות...”

*) אַליין זיין, בלייבן באַזונדער.

↤ 98

III
לוזי ביי די זייניקע

צו יענער צייט האָט זיך אין דער שטאָט N, צווישן די פיל רוישיקע און רייכע חסידים־סעקטעס, איינע אַ נישט־אָנגעזעענע און קליינע „בראַסלעווער” געפונען.

זי איז באַשטאַנען פון נישט מער, ווי אָנדערהאַלבן צוויי מנינים באַלמעלאָכעס, און דער עיקר — אביונים — אָבער פון אַזוינע, וואָס צו זיי איז גאָר קיין גלייכן נישט געווען.

פאַרשטענדלעך, אַז מחמת אַזוי ווייניק אין צאָל און אַזוי אָרעם דערצו, האָבן זיי קיין אייגענע שול, ווי אַלע אַנדערע, נישט געהאַט און אַפילו נישט געטרוימט צו האָבן. זיי זיינען נאָך, אויסער דעם אַלעמען, שטאַרק גערודפט געווען, און זיי האָבן זיך אַמאָל אָפּגעדונגען, מערסטנטייל אָבער זיך נאָר איינגעבעטן, מע זאָל זיי דערלויבן ביי אַנדערע כאָטש אַ פאַרטאָגיקן ערשטן מנין זייערן פּראַווען.

צו זיי, צו אָט דער סעקטע, פלעגט מען זען, פלעגט זיך אַמאָל אַריינשטעלן אַ יונג יינגל, פון ווייטן פּוילן געקומען, מיט אַן אָרעם פּעקעלע זאַכן פון דער היים געבראַכט, מיט אַ זינגענדיקער אויסשפּראַך, אָפט אויך מיט אַ טאָרבעלע פאַך־געצייג, כדי ביי זיי, אַ מאָל מער אָדער ווייניקער, זיך צו פאַרזאַמען, און זייער תורה, מידות און אויפפירונג זיך לערנען.

מע פלעגט אים וואַרעם אויפנעמען, אים מקרב זיין: די ערשטע צייט, ביז ער האָט זיך אָנגעהויבן פאַרדינען, אים אונטערגעהאַלטן און פון אַלגעמיינעם בייטל — פון נישט מיינס, נישט דיינס, נאָר פון גאָטס, ווי ס׳האָט ביי זיי געהייסן, — אים געשפּייזט. דערנאָך האָט ער שוין אויף אייגענעם געלעבט און מיטן פאַרדינסט מיט אַנדערע זיך געטיילט און אָרעמערע פון זיך אונטערגעהאַלטן.

אַמאָל, פאַרקערט, פלעגט אָנקומען צו אָט דער סעקטע אַ רייכער, וואָס איז צו זיי צוגעשטאַנען. לויטן גאַנצן הילוך, לויט דער קליידונג איז צו זען געווען; אַ מענטש פון רייכע געשעפטן, רייכער שטוב און נגידישער הרחבה. ער האָט זיך פאַרהאַלטן ביי זיי, וויפיל פאַרהאַלטן, און איז זיך מיט זיי, מיט דער סעקטע, באַגאַנגען ווי מיט אייגענע: וואָס ער האָט געהאַט איבעריקס און נישט צו זיין שפּור־באַדאַרף נייטיק — זיי אָפּגעגעבן און מיט זיי זיך געטיילט; און וואונדערלעך, ווי ס׳איז קיינמאָל ניט געווען צו מערקן, דער ↰ 99 געבער זאָל שטאָלצירן, און דער נעמער זאָל ביי זיך אַראָפּפאַלן. אַזוי פון תמיד, און אַזוי איינגעפירט איז געווען ביי זיי, אַז געלט איז פון האַנט צו האַנט און פון בייטל צו בייטל געגאַנגען. זעלטן־זעלטן נאָר, אַז פון אַ רייכן איז עפּעס רייכס אַריינגעפאַלן, מערסטנטייל און דאָס רוב — דער בייטל ביי אַלעמען ליידיק און אויפן ליידיקן בשותפות אַלע.

פיל פון זיי האָבן זיך איבער גרויס פרומקייט און משוגעת פון זייערע מלאכות און פּרנסות אַרויסגעשלאָגן. ווייבער, פון זייערע פרומע מאַנען באַווירקטע, האָבן ביי זיי נישט געמאָנט, און קינדער — דערשלאָגענע, אָפּגעצערטע און אַנעמיש־פאַראורטיילטע — האָבן ביי טאַטע־מאַמע נישט געבעטן, ווייל געוואוסט, אַז ס׳איז איבעריק און סיי־ווי נישט צו פּועלן.

דער גרעסטער טייל זייערע האָט געלעבט: פון דאַוונען און תעניתים. בייטאָג, נישט ווי אַלע מענטשן, נישט מיט בייטאָגעדיקע זאַכן פאַרנומען, ביינאַכט — אויף די קברים פון די שטאָט־צדיקים גענעכטיקט, און פאַר דער וועלט, פאַר זיך און פאַר דער אייגענער פאַמיליע עפּעס צו טאָן — נישט שייך, און ביז פאַרברעכן פאַרגעסן.

* *
*

אָט שטייען פאַר אונדז אייניקע זייעריקע:

ערשטער:

אברהמל דער פיר־אַרשיניקער שניידער. נאָך יונג. סוף צוואַנציקער. מיט גלאַטע באַקן, מיט געציילטע אומקאָלירטע הערלעך אין באָרד. די הויט פון זיין פּנים אָבער שוין פון אַזאַ בלאַסקייט, אַז ס׳גייט אַזש איבער אין גרין און זעט אויס, ווי אייטער אונטער אַ בלאָטער.

ער איז לענג, דאַר און אויסגעדעווערט. האָט די מלאכה פאַרלאָזט. מיט עפּעס ספרים, וואָס נישט פאַר זיין קאָפּ און נישט פאַר זיין פאַרשטאַנד, זיך פאַרנומען. דער עיקר אָבער, מיט פרום דאַוונען, מיט נעכטיקן אויפן „פעלד”, *) און פון הונגער און תעניתים גייט אים שוין אַ קעלט און אַ שלעכטער ריח פון מויל.

— אַך! אַך! — קוויקט ער זיך אָפט אין עקסטאַז ביים דאַוונען, ווי אין חלשות, און אַמאָל אויך אַפילו אינמיטן אַ שמועס מיט אַ מענטשן, ווען ס׳קומט אים אָן דער רעליגיעזער געדז און רייסט זיך אַרויס פון אים פּלוצלונג.

*) בית-עלמין.

— אברהמל... — וועקט אים אַמאָל אַ פאַרנאַכט אין שול, וואו ער געפינט ↰ 100 זיך, דאָס ווייב, צו אים קומענדיק, פון זיין דולער פאַרטראָגנקייט. — אברהמל, די קינדער האָבן נאָך היינט אין מויל ניט געהאַט... אפשר האָסטו עפּעס?

און אברהמל האָט — אַ לאַנג צונויפגעלייגט לעדערן בייטעלע מיט פיל אָפּטיילונגען, ווי אַ שטאָק איבער אַ שטאָק, און אַז ער צענעמט עס, צעוויקלט עס, דאָס בייטעלע, איז אין סאַמע לעצטן שטאָק, מערסטנטייל אַ זעקסער, און אַמאָל אויך... דער לעצטער שטאָק ליידיק.

דאָס ווייב שטייט אַ פינצטערס, וויל אַוועקגיין און קאָן נישט, וויל בלייבן און האָט ניט צוליב וואָס, און איר מאַן איז גרין, לאַנג, דאַר, פיר־אַרשיניק, מיט עטלעכע הערעלעך אין באָרד, און זי זעט, אַז זי האָט ניט וואָס צו וואַרטן: ער איז פאַרטראָגן, און ביי אַ לעצטער שיין פון טאָג, אָדער ביי אַ פאַר־מנחהדיקער ליכט איז ער אין זיין ספר און אין ווייטע פון איר עולמות פאַרטאָן.

צווייטער.

משה־מנחם דער פאַרבער. פון מיטעלע יאָרן און מיטעלן וואוקס. מיט אַ שטאַרק שוואַרץ בערדל, שוואַרצע ברעמען און אויגן. זיין רעכטע זייט איבער דער לינקער איבערגעבויגן, אַזוי, אַז ער שטייט, גייט, לויפט אַ ביסעלע קאָסע. ער האָט אַן אייבערשטע צעשפּאָלטענע ליפּ, אַ צעהאַקטע און פאַרנייטע. די רויטע שניטן גייען זיך ניט צונויף, און דער אייבערשטער קאַסטן ציין איז ביים אים נאַקעט. דערום, אַז ער רעדט, זופּט ער די לופט באַשטענדיק, אַז ער זאָגט איינמאָל, דאַכט זיך אים, אַז ער איז ניט יוצא, זופּט לופט און זאָגט נאָכאַמאָל. ער איז אַ זשוואַווער, ווי פון עפּעס אַן אינעווייניקסטן קוועקזילבער; אַ תמיד אומרואיקער — פון גרויס היציקייט און ברען, וואָס לאָזט זיין קערפּער ניט רוען, רייסט זיך פון אים, רייסט אים מיט און לאָזט אים קיינמאָל אויף איין אָרט נישט איינשטיין.

ער, משה־מנחם, געפינט שוין, אויסער פאַר דולער פרומקייט, צייט אויך פאַר זיין מלאכה, פאַר פאַרבעריי.

מע קאָן אים אָפט טרעפן, סיי זומער סיי ווינטער, ביים ברעג טייך מיט אַ פּאַק געפאַרבטע בגדים, ווי ער שווענקט, פּראַטשט, אַליין אָבער קיינמאָל צו דער מלאכה ניט אויסגעטאָן, נאָר אין דער קאַפּאָטע. אַרבעט און טוט זיין זאַך, נאָר דער קאָפּ, זעט מען ,איז אים ערגעץ אַנדערש פאַרנומען, און אַפילו ווינטער, אין די גרויסע פרעסט, ווען ער פאַרלאָזט אָפט דאָס וואַשן אינמיטן און גייט אָפּ אויף אַ וויילע, איז — ווען אַן אַנדערער וואָלט אָפּגעגאַנגען זיך אָנצואוואַרעמען און די פאַרפרוירענע און פאַרקליאַקנעטע גלידער אויסצוגלייכן, ער — אויף עפּעס אַ וויכטיקן ענין, אויף אַ הויכער, פרומער מחשבה, וואָס איז אים אויפגעקומען, צו באַטראַכטן.

אָפט באַגנבעט מען אים דערפאַר... זומער, ווען וואַרעם, ווען שיין, ווען גרין ביים טייך און ביי דער לעוואַדע, וואו ער וואַשט; ווען ס׳מאַכט זיך אים נאָך דער אַרבעט, אַז ער גייט אָפּ מיט זיין פּאַק אין אַ זייט, זעצט זיך אַוועק ↰ 101 און נעמט זיך צו זיין באַליבטן ספר, צום „חובת הלבבות”, *) און דער עיקר, צו יענעם אָרט, וואָס ער האָט אַממערסטן ליב אין יענעם ספר — צום „שער הבטחון” **) — ווייסן שוין דערפון די גנבים, און שטיל, הינטנאַרום ווערט ביי אים, בעת זיין פאַרטראָגנקייט און אין זיין גרויסן בטחון, אַ פרעמד קלייד, אַ פרעמד מלבוש אַוועקגעשלעפּט...

משה־מנחם מוז זיך דערנאָך (ווי דען אַנדערש?) פאַרן שאָדן צעצאָלן; אָבער אַזוי ווי אָט די צופאַלן מיטן פאַרפאַלן ווערן האָבן זיך אים שוין צו אָפט געטראָפן, האַלט ער שוין דערביי, אַז אויך ער זאָל אינגיכן זיין קונדשאַפט פאַרלירן, במילא — די פּרנסה, און אויך צו אים וועט אינגיכן קומען דאָס ווייב מיטן זעלבן, וואָס צו אברהמלען אברהמלס ווייב, און מיטן זעלבן פון אים, ווי יענעמס פון יענעם — מיט ליידיקן אַוועקגיין.

דריטער:

שלום דער טרעגער. אַ גבר, מיט אַ לעגענדאַרער, ברייטער ברוסט און פּלייצע, מיט אַ ווייס־מילכיק פּנים און פּאָפּעליאַטער באָרד.

זיין טרעגערישע פּלאַכטע — דער גראָב־לייוונטענער פאַרטעך, דורך אַ לאָך דעם קאָפּ אַריינגעטאָן, און אויף פאָרנט און הינטן צוויי פּאָלעס אַראָפּגעלאָזט און ביי די לענדן מיט אַ שטריק פאַרגאַרטלט — איז אים צוויי מאָל גרעסער, ווי די פאַרטעכער פון אַנדערע זיינע פאַכלייט טרעגער, ווייל זיין גוף איז אויך צוויי מאָל גרעסער.

ער איז הויך, ברייט, און הענט און פיס ביי אים, ווי ביי אַזוינע דאַרפן זיין, און איידער ער איז צו זיי, צו דער סעקטע, צוגעשטאַנען, זיינען אין מאַרק פון זיינע גבורות לעגענדעס געגאַנגען: ער הייבט אויף אַ געזונט, צעהיצט פּריציש פערד פאַר די פעדערשטע פיס; ער הייבט זיך אַליין אַרויף אויף טרעפּ און לאָזט זיך אַראָפּ פון טרעפּ מיט אַ דרייסיק־פּודיקער צוקער־פאַס אָן קיינעמס הילף; ער קאָן אויפעסן זכריה דעם שענקערס שענק, מיט אַלע פאַרגרייטע גוטע זאַכן אויף אַ גאַנצן טאָג פאַר אַלע טרעגערס אין מאַרק, מיט אַלע קנישעס, פּופּקעס, לעבערס, גריוון און גענדזענע פּאָלקעס; ער קאָן אויסטרינקען דעם ירדן... און אויף יעדער שווערער אַרבעט פלעגט ער, שלום, גערופן ווערן דער ערשטער, אַלע האָבן זיך צו אים געשאַרט, מיט אים זיך גערימט, און יעדערער האָט זיך צו אים גערן אין שותפות גערוקט.

*) האַרץ-פליכטן. אַ באַוווסטער מוסר-ספר פון רבינו בחיי הספרדי.

**) איינס פון די קאַפּיטלעך פון יענעם ספר, וואו ס׳רעדט זיך וועגן בטחון.

און פּלוצים איז אויף אים עפּעס אָנגעפאַלן אַ פרומקייט. מע ווייסט ניט, פאַרוואָס ער האָט גראָד צו זיי, צו יענע, אָנגעטראָפן, צי ווייל דאָרט האָט מען זייער גוט, אויסערגעוויינלעך פריינטלעך, אַן אונטערשייד, מענטשן אויפגענומען, צי דער עיקר דערפאַר, ווייל דאָרט איז קיין לעבעדיקער רבי ניטאָ, ↰ 102 מחמת פאַר אַ לעבעדיקן האָט שלום מורא: — אַריינגיין, שלום געבן, זיך „פּראַווען” — איז ניט פאַר שלומען, — און איצט איז ער פריי פון דעם.

ווי די מעשה זאָל ניט זיין, נאָר איצט, זינט ער איז צו זיי אַריבער, איז אים ניט צו דערקענען. ער ווייסט ניט, וואָס מיט זיין גרויסן גוף צו טאָן, שעמט זיך פאַר אים, האַלט די הענט אין שויס פון פאַרטעך, די אויגן אַראָפּגעלאָזט, סטאַרעט זיך זיין הייך צו פאַרנידעריקן, זיין פּלייצע איינצושרומפּן, און ס׳גיט זיך אים שוין וואָס ווייטער, אַלץ מערער איין: זיינע אויגן האָבן זייער נאַטירלעכן בליק פאַרלוירן, קוקן קאַלעמוטנע, זיין פּלייצע בעט זיך אַ קאַפּאָטע, און שבת, אַז ער טוט זיך אָן, זעט ער שוין אויס גאָר האַלב, ווי אין דער אמתן, און אַז טרעגערס זעען אים דעמאָלט, לאַכן זיי פון אים, און אינדערוואָכן ווענדט מען זיך שוין אָפט מיט אַ שפּאַס צו אים:

— שלום, וואָס הערט זיך עפּעס אויף דיין בראַסלעווער יענער וועלט?

און ס׳האַלט שוין דערביי, אַז וועגן שלומען וועלן באַלד די לעגענדעס אויפהערן און אַוועק, און צוזאַמען מיט זיי אויך זיין פּרנסה.

* *
*

און אָט איז „דאָס פּאָרל” (די נעמען זייערע ניט וויכטיק); ביידע קליינינקע, נידעריטשקע, קורצזיכטיקע, איינער אַ בלאָנדלעכער, אַ מין ציג מיט אַ ברייטלעך־שיטער פערדל, דער צווייטער — אַ צוגעשלאָגענער, מיט אַ געדיכטלעך־שוואַרצער באָרד. ביידע רויכערן און שמעקן ליידנשאַפטלעך פון נישט האָבן וואָס צו טאָן און פון אַ גאַנצן טאָג מיט גאָרנישט זיין באַשעפטיקט.

זיי געדענקען שוין נישט, וואָס זיי זיינען אַמאָל געווען, און פון וואָס זיי האָבן ווען געשפּייזט זיך, גאָר היינט לעבן זיי פון אומגיין... פון אינדערפרי ביז פאַרנאַכט אין שול תמיד, איינער שפּאַנט פון מזרח צו מערב, און דער צווייטער אַנטקעגן אים — פון מערב צו מזרח, און דאַן פאַרקערט — הין און צוריק, ביידע פאַרטראַכטע, און אויפן וועג באַגעגענען זיי זיך און שלאָגן זיך אָן קורצזיכטיק, און איינער ביים אַנדערן נעמט אַמאָל אַ שמעק טאַבעק, אָדער אַ שטיקל ציגאַר, נישט קיין דעררויכערטן.

קיין ווייבער קומען שוין צו זיי נישט, מחמת ס׳איז נישטאָ צו וועמען, ווייל, ווי געזאָגט, לעבן זיי פון אומגיין, פון מחשבות, און נאָר פון זעלטן־ווען אַמאָל אויך ביי אַ מת איבערנעכטיקן און היטן, וואָס דערפאַר באַקומען זיי צו פאַר פּיאַטאַקעס.

און אָט האָט איר נאָך איינעם אַ זייעריקן:

יאַנקל דער שוסטער. דער פריערדיקער גרויסער בר־מזל, וואָס די שטאָט איז צו אים געלאָפן מיט באַשטעלונגען און אים פאַרוואָרפן מיט אַרבעט: בערג מיט שיך פאַר גרויסע, שטיוועלעך פאַר קינדער זיינען ביי אים אין באַנקבעטל אָנגעוואַלגערט געווען — פאַרטיקע, און דאַן שיך און שטיוועלע נאָך ↰ 103 אין דער אַרבעט. אַריבער אַ טוץ געזונטע לעפּאַקעוואַטע שוסטער־יונגען, פון דער ווייטער ליטע געקומען, פלעגן ביי אים באַשעפטיקט זיין, און קיינמאָל ביי אים ליידיק ניט געזעסן, אַפילו אום חול־המועד: אַ גאַנץ יאָר, אַלע טעג שפּעט ביז אין דער נאַכט אַריין, און ערב יום־טוב — אויך איבער און דורך דער נאַכט.

שוסטערס האָבן אים מקנא געווען, יאַנקלען. און ער אַליין — אַ באַשיידענער, שטילער תם — האָט נישט געוואוסט, פונוואַנען דאָס גליק איז צו אים געקומען, און ווי אַזוי דאָס צו שאַנעווען און שעצן.

און ער האָט דאָס טאַקע נישט געשעצט. ער האָט זיך ניט גרויס געהאַלטן, זיך ניט איבערגענומען, ווייל פון אַלע שוסטערשע עולם־הזהס און פון דער גרויסער שפע פון אַ באַלמעלאָכע אַ מוצלח האָט ער ווייניק וואָס הנאה געהאַט. האָט זיך נאָך רייכקייט ניט געיאָגט, האָט ווייניק זיין קונדשאַפט געדענקט און אָפט האָט ער די מאָסן פאַרביטן: ביי וועמען אַ קליינער פוס — אַ גרויסן שוך, ביי וועמען אַ גרויסער — אַן ענגן שוך... ער האָט געפּלאָנטערט, און זיין שוסטערשער זכרון און זיין מאָס־ביכעלע האָט אים שלעכט געדינט.

ווייל יאַנקל האָט געהאַט איינע אַ צרה, וואָס האָט אים זיין גאַנצע שפע און דעם גרויסן פּרנסה־זשויב נישט ניחא געמאַכט: ער האָט קיין קינדער ניט געהאַט, און יאַנקל האָט געוואָלט כאָטש איינס אַ קינד, כאָטש איינעם אַ קדיש...

ער האָט זיך דערום פיל געפּדיונט ביי פאַרשיידענע רביים, סגולות גענומען ביי פאַרשיידענע ווייבער־עצה־געבערינס, שפּרעכערינס, אויך ביי אַ דאָקטער — און ס׳האָט ניט געהאָלפן. און געהאָלפן, און אַ גליק איז אים געשען נאָר איינמאָל, אינעם געוויסן יאָר פון דער ליקוי־חמה, ווען אַלע, ווי באַוואוסט, עקרות ווערן געהאָלפן, איז אויך יאַנקלס ווייב דעמאָלט טראָגעדיק געוואָרן און געהאַט.

אין שטאָט האָט מען זיך געפרייט מיט זיין גליק, ווי מיט אַלע אין דעם יאָר אויפגעריכטע און באַגליקטע, כאָטש שוסטערס האָבן נישט איבעריק געגלויבט, און פון קנאה, מעגלעך, מיאוסע לשון־הרע גערעדט: געזאָגט, אַז יאַנקלען האָט אַחוץ דער ליקוי־חמה, אויך צוגעהאָלפן דער פּינסקער פּאַטלאַטער שוסטער־געזעל, דער ריזיקער און שיינער יונג, וואָס האָט ביי אים געאַרבעט.

ווי די מעשה זאָל ניט זיין, נאָר יאַנקל איז אַזוי דול געוואָרן פון זיין גדולה, אַז דאָס יאָר האָט ער שוין כמעט ווי גאָר אָן אַ מאָס געאַרבעט: גרויס־קליין, ענג־גראַם... ער האָט שוין אַזוי געפּלאָנטערט, די שיך אין באַנקבעטל האָבן זיך אים אַזוי איבערגעמישט, אַז ער האָט שוין אַפילו די געטרייסטע ↰ 104 פון זיינע באַשטעלער, איבער זיין צעטומלעניש, ניט צופרידן געשטעלט, און אַפילו אין כעס אויך אַריינגעבראַכט — פאַר ניט צו דער צייט אָפּברענגען, פאַר שלעכטער אַרבעט, און דאָס יאָר איז אַן איבערבראָך־יאָר געווען, און פיל האָבן זיך פון אים אָפּגעקערעוועט, און צוזאַמען מיטן מזל צו אַנדערע אַוועק.

און וואָס ווייטער אַ יאָר, אַלץ ערגער און ערגער: די ליטוואַקישע פּאַטלאַטע יונגען האָבן זיך איינציקווייז, איינציקווייז פון אים אַרויסגערוקט און צו אַנדערע, מער מיושבערע באַלעבאַטים באַלמעלאָכעס איבערגעגאַנגען; די קונדשאַפט זיך אויסגעלאָזט און דאָס באַנקבעטל ליידיק; און פאַר דער צייט פון דער שפע האָט זיך אַליין יאַנקל פון דער מלאכה אָפּגעוואוינט, די מלאכה פאַרגעסן, און ער אַליין אויף גאָר שוין ניט פייאיק.

און אָט טרעפן מיר אים מיטן פאַרבליבענעם נאָר נאָמען — „יאַנקל ליקוי־חמה” — ביי די זייעריקע, ביי די אויבן־דערמאָנטע, ביי דער סעקטע, שוין אַ קבצן, ווי אַלע, דערפאַר אָבער פרום זייער און נאָכמער, ווי פריער, באַשיידן, און נאָכמער תם, ווי פריער, און באַשטענדיק מיט אויגן, וועלכע לויכטן אים פונעם גרויסן נס, וואָס האָט אים געטראָפן, און מער דאַרף ער נישט, ווייל ס׳איז איבעריק און ער איז איבערגליקלעך.

און אָט איז אַליין דער אָנפירער פון דער סעקטע: דער סאַמע אויסגעפּרואווטער, וואָס איז ווירקלעך ווערט אָנפירער צו זיין, מחמת די פיל גלגולים, וואָס ער האָט אין זיין לעבן דורכגעמאַכט, און מחמת די שווערע ראַנגלענישן, וואָס ער איז אויסגעשטאַנען ביים פיל מאָל זיך ברעכן און וואַקלען צווישן גלויבן און אומגלויבן.

און דאָס איז גלייך אויף זיין קערפּער צו זען: די אייבערשטע העלפט איז תמיד מיט דער אונטערשטער ווי צעקריגט: ער שפּאַנט גיך און פאַרטראָגן און שיקט פאַרפריער דעם קאָפּ און דעם אייבערשטן קערפּער־טייל, ווי אויף זיך אָפּרייסן און זיך וועלן אָפּטיילן.

ס׳איז אויך אויף זיין פּנים צו מערקן אַ כאָטש אין די מיטעלע יאָרן, און כאָטש די הויט אַ שטאַרק קרעפטיקע און ווי פאַרברוינטער לעדער, אָבער אויך שוין געקנייטשט און טיפגריבעריק צעאַקערט... די האָר פון באָרד מאַט־מעש־קאָליר, שטעכיק און ביי די עקן אָפּגעהאַקט, ווי סטערניע; און אינגאַנצן שמעקט פון אים מיט קרעפטיקער מאַכאָרקע, וואָס ער רויכערט זי מיט גראָב ציגאַר־פּאַפּיר — טיף, ליידנשאַפטלעך, ביז אין בויך אַריין און ביז אַ טרער אין אויג.

שטענדיק פאַרטראָגן, קוקט זעלטן־וועמען אין די אויגן, דעם קאָפּ אַראָפּגעלאָזט, און אַז ער הייבט אים אַמאָל אויף, זעט מען! אויגן — טונקל־דורכגערויכערטער בורשטין, זיין בליק, מערסטנטייל, מטושטש, נאָר אַז ער לייטערט זיך אים אויס, קוקט ער קלוג, איראָניש און אַפילו מיט שפּאָט אַ ביסל. ביי די שלייפן און אויגן — קנייטשן פון פיל געליטענעם, אָבער דער קאָפּ ↰ 105 און שטערן, נוס־קרעפטיק, עקשנותדיק און אויך אויף ווייטער, אויב מע וועט דאַרפן, גרייט צו ליידן.

”מיכל בוקיער” איז זיין נאָמען.

איצט איז ער מלמד. פריער האָט ער עפּעס מיני חיבורים געשריבן, פון וועלכע ער האָט זיך דערנאָך אָפּגעזאָגט, זיך אָפּגעוואָרפן און וויל זיי ניט געדענקען, מחמת זיי זיינען גאָר ווייט פון דעם, ביי וואָס ער האַלט איצטער.

שרייבנדיק זיי, יענע חיבורים, אַמאָל, איז ער שוין אַזוי ווייט דעמאָלט געהאַט פאַרגאַנגען, אַז ער האָט איינמאָל אַ שבת אין קלויז, וואו ער האָט געדאַוונט, די העזה געהאַט צווישן אַ גאַנץ רעדל יידן אָפן צו דערקלערן, אַז דאָס, וואָס אין דער תורה שטייט, אַז משה־רבינו איז אויפגעגאַנגען צו גאָט אין הימל, מיינט מען ניט, טאַקע פּשוט מיט די שטיוול אויפגעגאַנגען, נאָר מיט דער מחשבה... און דערפאַר האָט ער טאַקע תיכף צוויי פּעטש באַקומען פון איינעם אַן אַלטן, גרייז־גראָען יידן, נישט קיין גרויסן למדן, אָבער אַ שטאַרק גלייביקער קנאי: „איין פּאַטש — האָט ער, אים געבנדיק, געזאָגט, — פאַר איין משה־רבינוס שטיוול, דעם צווייטן — פאַרן צווייטן...”

ער איז שוין דעמאָלט אַזוי ווייט געהאַט פאַרגאַנגען, אַז ער האָט שוין אין די געוויסע יענע ספרים אַריינגעקוקט, וואָס אמת־גלייביקע דערווייטערן זיך פון זיי, ווי פון פייער, כאָטש שטיין שטייען יענע ספרים צווישן אַלע אַל־געהייליקטע, און כאָטש זיי זיינען פון באַוואוסטע יידישע גדולים געשריבן, ווי דער „כוזרי”, דער „מורה” *) א. אַז. וו.

ער האָט שוין אַזוי ווייט געהאַלטן, אַז תמיד האָט ער זיך שוין מיט אַזוינע געפערלעכע מחשבות אַרומגעטראָגן, ווי אַז „די וועלט, חלילה, איז הפקר... קיין באַלעבאָס און קיין בורא... אַז זי איז אַ קדמון, און קיינער האָט זי ניט באַשאַפן, און אויב יאָ געשאַפן, איז מעגלעך, אַז ניט איינער.” און דערמיט איז ער דערגאַנגען ביז צו לייקענען אין די עיקרים און אין די גרונט־יסודות, אויף וועלכע ס׳האַלט זיך די אמונה, די אורפאָטערלעכע און פון אייביק אָן איינגעשטעלטע.

ער האָט זיך שוין דערווייטערט געהאַט פון קהל, און קהל פון אים, און ס׳האָט שוין אַזוי ווייט געהאַלטן, אַז ער זאָל אָדער פון הונגער אויסגיין, אָדער אַוועקגיין און די אמונה בייטן.

ער האָט זיך אָבער גובר געווען, און פון הימל, האָט אים געדאַכט, האָט מען אים געהאָלפן, אים פון יענע מחשבות באַפרייט און זיין געדענק אויסגעלייזט.

*) „כוזרי” — פון ר׳ יהודה הלוי. „מורה נבוכים” — פון ר׳ משה בן מיימון (דער רמב״ם).

ער האָט, ווי געזאָגט, אַ שטאַרק וואַקלענדיקע נאַטור געהאַט, און געוואַקלט ↰ 106 האָט ער זיך פון עק צו עק — פון שטאַרקסטן גלויבן צו עקסטאַז אומגלויבן. און אָנגעהויבן האָט ער אין זיין פריסטער יוגנט — אַ זעכצן־יאָריק יינגל נאָך — גאָר דערמיט, וואָס איינמאָל איז ער שטילערהייט אין איינעם אַ דאָנערשטיק, אין זיין שטעטעלע בוקי נאָך, צו דער מאַמעס שופלאָד, וואו דאָס ווייסע וועש איז געלעגן, צוגעגאַנגען... פון דאָרט איינס נאָר אַ העמד אַרויסגענומען, און מיט דעם, מיטן איינעם העמד און מיטן תפילין־זעקל, צופוס זיך קיין סאַדיגורע אַוועקגעלאָזט. און אויף מאָרגן, פרייטיק, איז ער אין נאָענטן שטעטעלע געקומען, אין מרחץ אַוועק, ווי אַלע אום ערב שבת, און גענומען איבערבייטן דאָס העמד, האָט ער דערזען, אַז ס׳איז דער מאַמעס... פון גרויס איילעניש האָט ער אַ טעות געהאַט... ער איז דערנאָך אויף דער גרענעץ פון עסטרייכישע זשאַנדאַרמען, פאַר וועלן גנבענען די גרענעץ און דורכגיין אָן אַ פּאַס, געשלאָגן געוואָרן, און אַהיים איז ער געקומען אַ קראַנקער, אַ הוסטנדיקער... מע האָט אים לאַנג מיט ציגן־מילך געהיילט, און דער עיקר אָבער ווייל פון דער נאַטור אַ קרעפטיקער, האָבן די אָפּגעשלאָגענע לונגען זיך אים צוריק פאַרהיילט, און זיינע עלטערן, צוליבן נס, וואָס איז זייער זון געשען, האָבן זיך פאַרזעצט, פאַרבאָרגט און האָבן אים אויף לעצטע קאָסטן זייערע, שוין מיט אַ פּאַס און מיט הוצאות, געשיקט אַהין, וואוהין זיין יוגנטלעכער דורשט האָט אים געצויגן.

דערנאָך האָט ער זיך „איבערגעקערט”, און שפּעטער איז ער ווידער צו דער אמונה געקומען, אָבער פאַר דער גרויסער מורא פאַרן אומגליק פון אומגלויבן, וואָס קאָן אים ווייטער טרעפן, האָט ער שוין מער אין יענע ספרימס זייט נישט געקוקט און קיין מינדסטע מחשבה פון זיי צו זיך ניט צוגעלאָזט. ער האָט זיך לאַנג נאָר צווישן די צדיקים פון זיין דור געזוכט אַן איינעם, אין וועלכן ער זאָל זיך קענען אָנבינדן, ביז ער איז לסוף, פון אַלע זוכענישן און צווישן אַלע לעבעדיקע פון זיין דור, צו זיי, צו די בראַסלעווער, אָנגעקומען.

ער האָט אָבער אויך איצט אין גרויס אומרו און אין נישט־זיכערקייט געלענק און כאָטש ער האָט זיך פעסט געהאַלטן, דאָך האָט ער פון שטענדיקער מורא געציטערט, און תמיד האָט ער דערום אויף זיינע ליפּן געהאַט די פאַרפאַסטע תפילה פון זיין רבין:

— „רבונו־של־עולם”, — זאָגט די תפילה, — העלף אונדז און באַגליק אונדז צו שטאַרקן זיך און גלייכן אין דיר און אין דיינע אמתע צדיקים באמונה שלמה, און נישט אַריינצוגיין אין קיין שום חקירה, און נישט אַריינצוקוקן אין קיין שום ספר פון די ספרים פון די מחקרים, אַפילו פון יענע, וואָס עס האָבן מחבר געווען די גדולי־ישראל.”

↤ 107

אָט די תפילה האָט ער געהאַט אויף די ליפּן באַשטענדיק, אויפשטייענדיק און זיך לייגנדיק, אין וועג גייענדיק און אַפילו אויך ווען ער איז צווישן מענטשן געווען, פלעגט אָפט אינמיטן אַ שמועס זיך אָפּקערעווען און אויף אַ וויילע אַ שעפּטשע טאָן פון דאָרט.

ער האָט אויך מיט באַזונדער ברען, שטאַרקער און פלייסיקער פון אַנדערע, וואָס האָבן פון תמיד אָן געגלייבט און קיינמאָל פון קיינע ספקות ניט געוואוסט, זיך זיין נייעם גלויבן איבערגעגעבן און פאַרשיידענע לאַסטן אירע אויף זיך גענומען, ווי למשל... ווינטער אין די גרויסע פרעסט, אין די פאַרטאָגן, אין אייזיקע פּאָלאָנקעס זיך טובלען; אַלע פרייטיק, ווען ער פלעגט שניידן די נעגל, פלעגט ער זיך פאַרקוקן און אַלע פינגער ביז בלוט פאַרשניידן, וכדומה און אַנדערע גרויסע פּייניקונגען פון גייסט און קערפּער, וואָס אַזוינע און ענלעכע צו אים פרומע לייט פלעגן דעמאָלט אויף זיך נעמען.

ער האָט אויך ניט געקוקט אויף זיין גרויס אָרעמקייט, — ראשית, אָרעם איבער דעם, וואָס ער איז געווען אַ מטופּל, און אויך דערפאַר, וואָס די שטאָט, די מער רייכערע און אָנגעזעענסטע באַלעבאַטים, האָבן, וויסנדיק פון זיינע פריערדיקע קרומע וועגן, אים איצט נישט געגלויבט און קיינער האָט אים זיין קינד נישט אָנגעטרויט, און ער איז געצוואונגען געווען זיך באַנוגענען מיט לעצט־אָרעמען און מיט זייער ווייניק; ער האָט נישט געקוקט דערויף, און אויב זיין ווייב און קינדער האָבן נאָך אָפט וואָס־ניט־וואָס באַקומען, איז אָבער ער אַליין מיט נאָר אַ מאַכאָרקע־ציגאַר, ביזן בויך אַריין פאַרצויגן, דעם טאָג אָפּגעקומען און אַזוי אים אָפּגעשטופּט. און פאַרנעמענדיק זיך מיט די ווייניק קינדער פון זיין קנעלונג, וויפיל ס׳איז באַשטמיט און וויפיל אַ מלמד דאַרף זיך פאַרנעמען, האָט ער די איבעריקע צייט צווישן די זייניקע פאַרבראַכט, אויף אָנפירן מיט זיי, אויף שטענדיק זיך געפינען צווישן זיי, און מיט אַלעם, וואָס ער האָט פון גייסטיקער שפּייז מער געהאַט פון זיי, מיט זיי זיך צו טיילן.

און אָט, פון אָט די אויסגערעכנטע און ענלעכע צו זיי נישט אויסגערעכנטע, איז די קליינע סעקטע דעמאָלט באַשטאַנען: אַ גערודפטע און פון קהל דערווייטערטע, וואָס זעלטן־ווען פון אַנדערע איז ווער אַמאָל צו זיי צוגעשטאַנען, אויסער, ווי שוין אויבן געזאָגט, ס׳פלעגט זיך אַמאָל, פון ווייטן פּוילן געקומען, אַן אָרעם באַלמעלאָכע־בחורל מיט אַ זעקעלע געצייג אַריינשטעלן, און אויסער אויך, פאַרקערט אַמאָל, אַ מאָדנער ייד אַ רייכער, וואָס האָט זיך פון רייכקייט אָפּגעזאָגט, זיינע אייגענע פאַרלאָזט, גוטס און געשעפטן, און, איבער עפּעס אַן אינערלעכן בראָך, דווקא צו זיי, צו די אָרעמסטע און פאַרשטויסענע, אַריינגעפאַלן.

און אָט צו זיי, צו אָט דער סעקטע, איז אויך לוזי, לוזי מאַשבער, אָנגעקומען.

* *
*

↤ 108

אין דער לעבעדיקער שול (מ׳האָט זי גערופן „לעבעדיקע”, נישט וועלנדיק זאָגן אויף אַ שול „טויטע”), וואָס איז געשטאַנען אויסגעבויט ביים אַריינגאַנג צום אַלטן מיט־שטאָטיקן בית־עולם, און וועלכע האָט מיט אַלע פענצטער געקוקט צום פּלאַץ מיט די מצבות, האַלב אין גראָז שוין פאַרגראָבענע, האָט די סעקטע דעמאָלט איר אָרט פאַר איר מנין אָפּגעדונגען אָדער זיך איינגעבעטן געהאַט.

שבת גאַנצפרי, ווען די שטאָט איז אונטער דער נאָר־וואָס אויפגעגאַנגענער זון נאָך געשמאַק געשלאָפן, זיינען זיי, די סעקטע, שוין אין שול צונויפגעזאַמלט געווען.

אַלע נאָך מקוה שוין, מיט נאָך נאַסלעכע האָר פון בערד און קעפּ ניט געקעמטע; בלאַסלעכע פון אַ גאַנצער וואָך שלעכט זיך שפּייזן, און אויך שבת — נישט בעסער און פון נישט מער הנאה; אַלע אין די איינציקע, נאָר פאַר שבת אָפּגעהיט־געהאַלטענע, קאַפּאָטעס פון שוואַרצלעכן קאָליר, אָבער, פון יאָרן און לאַנג געברויכן, אָפּגעריבן און די גרונט־פאַרב פאַרלוירן.

און צווישן זיי אויך לוזי, וואָס האָט זיך געשטעלט ביי אַן אָפענעם פענצטער, צום בית־עולם אַרויסגעווענדט. ער — רייכער פון זיי: אין דער זיידענער קאַפּאָטע, און זיין זומער־מאַנטל פון מאַרענגע־שטאָף מיטן קליינעם סאַמעטענעם קעלנערל האָט ער אויף אַ שטענדער פאַר זיך ליגן געהאַט; און באַלד האָט אים די גאַנצע סעקטע שוין אין טלית מיט דער זילבערנער עטרה דערזען.

און דאָס האָט אויף אַלעמען אַ געוויסן איינדרוק געמאַכט, ווייל כאָטש דער עולם איז שטאַרק מיט זיך אַליין איצט באַשעפטיקט, ווי שטענדיק פאַרן דאַוונען, ווען זיי איילן זיך, כאָטש קיינער טרייבט זיי ניט, דעם יאָך פון דער ליבער עבודה אויף זיך צו נעמען; דאָך האָבן זיי איצט, נישט געקוקט אויף דער אייגענער פאַרנומענקייט, די אויגן אויך פון אויף לוזין קוקן נישט צוגענומען, און אַלע, פאַר זיך אַליין נישט באַוואוסט אַפילו, צו זיין זייט זיך געווענדט — צו זייער שטאָלץ, צו דעם ביי זיי צוגעקומענעם, וואָס, ווי זיי האָבן געוואוסט, איז אויך אַנדערע, ווען ער שטייט צו זיי צו, וואָלטן מיט אים שטאָלצירט.

און באַלד האָט זיך שוין אָנגעהויבן דער געוויינלעכער דאַוון־טומל. אייניקע, אויף זייערע ערטער שטייענדיק, אַנדערע, פון אָרט אויף אָרט לויפנדיק, האָבן זיך, ווי אין דערלופטן געריסן, ווי פון אייגענעם קערפּער זיך געוואָלט אָפּטיילן... אייניקע האָבן פאַר זיך ווי לייטערס געזען און, מיט הענט און פיס ציטערנדיק, אויף זיי זיך געדראַפּעט; אַנדערע — ווי ווייטע שטרעקעס פאַר זיך האָבנדיק, האָבן זיך אַהין געריסן, און צו זייער רייסן זיך אַהין האָבן נאָר די שול־ווענט געשטערט... און פון אָט דעם רייסן זיך און קלעטערן איז באַלד די שול פול מיט קולות געוואָרן — מיט לעכצנדיקע, ווי פון אברהמל דעם שניידער, למשל, דעם לאַנגן, דאַרן, וואָס פון מויל איז אים שוין תמיד ↰ 109 אַ קעלט געגאַנגען, נאָר איצט ביים דאַוונען, האָט ער דאָס לעצטע ביסל וואַרעמקייט פון זיך אַרויסגעקריגן, און — אַך־אַך! — האָט ער אַלע וויילע אויסגעשריען אין קרענקלעכער אָנמאַכט, ווי זיך קוויקנדיק און קוראַזש זיך אונטערגעבנדיק, מנחם דער פאַרבער האָט, ווי אַ חיה אין אַ שטייג אומלויפנדיק, מיט דער אייבערשטער האַלב־צעשפּאָלטענער ליפּ די ווערטער, וואָס ער האָט אויסגעשריען, ווי צוריק אַריינכאַפּן געוואָלט, ווייל, ווי ס׳האָט זיך אים געדוכט, האָט ער צו ווייניק חיות ביים ערשטן מאָל זיי אַרויסלאָזן אין זיי אַריינגעלייגט.

אַנדערע האָבן, וועלנדיק זיך היץ אונטערגעבן, געפליעסקעט, אייניקע — מיט אַ פוס געטופּעט, דריטע — די קעפּ פאַרריסן און, ווי געקוילעטע, געשריען, און ווער ס׳האָט גאָר קיין קול און קיין כוח ניט געהאַט ,איז מיטן פּנים צו אַ וואַנט געשטאַנען, און מיט שטיל פאַרדבקהט ווילדעניש פאַר איר זיך געשאָקלט, — ווער גאָר מיט אַ האַלבן קערפּער, און ווער מיטן גאַנצן, און אַלע צוזאַמען האָבן באַגייסטערטע אַלע וויילע אַן אַנדער פּסוק פון די געהויבענע לויב־פּסוקים אויסגעשריען:

— „זינגט, צדיקים, מיט גאָט, צו די רעכטספאָרכטיקע איז רעכט די לויב”... „זאָל זיין דיין חסד צו אונדז, ווי מיר האָבן געהאָפט צו דיר” א. אַז. וו.

אַלע צוועלף פענצטער זיינען דעמאָלט צום בית־עולם אַרויס צעעפנט געשטאַנען. די נידעריקע, נאָר־וואָס אויפגייענדיקע זון, האָט פון אַן עק מזרח־האָריזאָנט אַן ערשטן גאָר פאַס ליכט אַריינדערלאַנגט. די שטאָט איז נאָך איר לעצטן שלאָף געשלאָפן, און דאָ, אין דער „לעבעדיקער”, האָט די קליינע עדה איר סעקטאַנטיש־דערהויבענעם ווילדן שבת־געזאַנג שוין געזונגען מיט אַזאַ באַגייסטערונג און אַזוי אַנטציקט פון זיך אַליין און פון איר אינעווייניקסטן „באַוואוסטזיין”, אַז דאָס איז זי די ערשטע, וואָס איר תפילה גייט צום פריש־געעפנטן הימל אויף, די ערשטע היינט, אין אָנהייב שבתדיקן טאָג, ווי די ערשטע תמיד אין אַלע פאַרטאָגן: ובפרט נאָך היינט באַגייסטערט, ווען אַזאַ גרויסער גאַסט צווישן זיי, אַ ניי זיי צוגעקומענער, וואָס, דאַוונענדיק, האָבן אים אַלע אין אויג געהאַט, ווייל ער האָט זיי מוט אונטערגעגעבן און ליבע צום לויב.

און אָט האָבן זיי אים געזען, ווי ער איז געשטאַנען מיטן פּנים צום אָפענעם פענצטער, וואָס קוקט צום בית־עולם אַרויס, און אָט — זיך אויסגעקערעוועט מיטן פּנים צום שול און צום דאַוונענדיקן און דול־לויפנדיקן עולם.

אויך לוזי איז אויפגעלייגט זייער — פון דעם, וואָס ער האָט היינט אַזוי פרי דאָס באַקוועמע געלעגער פון רייכן ברודערס הויז פאַרלאָזט און איז געקומען אַהער, צו אָט דעם שלעכט־געקליידעטן עולם, וואָס פון גרויס אָרעמקייט איז אים זיין בעט נישט טייער, ס׳איז אים לייכט זיך אויפהייבן און דאָס פאַרלאָזן, ↰ 110 זיך פעדערן פאַר אַלע, און פון גאַנצפרי שוין צו אַזאַ דערהויבנקייט פאָרבאַרייט און פייאיק.

ער האָט שוין לאַנג דעם טעם פון אַזאַ תפילה ניט געפילט, און פון גרויס נחת און איבערגעפולטקייט האָט אים לופט אויסגעפעלט, און ער האָט זיך מיטן פּנים צום אָפענעם פענצטער אויסגעדרייט, מיט האַרץ די ווערטער אין דרויסן אַרויסגעזאָגט, און דערנאָך, כדי נאָכאַמאָל פון זעלבן עולם מיטן זעלבן זיך אָנצונעמען און זיך נאָך מער צו פרייען, האָט ער זיך ווידער צוריק צום עולם און צו דער שול אויסגעקערעוועט. אַזוי די גאַנצע צייט אין משך פון גאַנצן דאַוונען, וואָס האָט היפּש געדויערט.

און אָט האָט מען געענדיקט. און אַלע דאַוונער, איינע נאָך מיט די טליתים, אַנדערע שוין אָן, מיט אויסגעטאָנענע, האָבן פריער איינס דאָס אַנדערע זיך „גוט־שבת” אָפּגעגעבן, דערנאָך לוזין אַרומגערינגלט און אים אים אונטערגעטראָגן.

— גוט־שבת, גוט־שבת, — האָט ער אַלעמען אָפּגעענטפערט. דערנאָך האָט מען, ווי ס׳איז ביי זיי דער מנהג איינגעפירט געווען, געטאַנצט. לאַנג און ביז פאַרגעסן זיך, אויפן ניכטערן האַרצן, מיט הוילער פרייד נאָר, וואָס איז די פונעם דאַוונען געבליבן; געטאַנצט מיט היץ, מיט ברען, די גאַנצע עדה קיילעכיק אַרום בעלעמער, האַנט אין האַנט, קאָפּ ביי אַקסל, און איינער פון אַנדערן האָט זיך ניט געקאָנט אָפּרייסן, איינער אָן דעם ענדערן ווי די וועלט ניט געזען; — אַזוי לאַנג, ביז דער שמש פון די אייגנטלעכע, אמתע טאַקע באַלעבאַטים פון שול, איז אָנגעקומען, אויף דער שוועל זיך באַוויזן, דאָס רעדל דערזען, און פון ניט איבעריקער ליבע און פון ווייניק אַכטונג צו זיי, האָט שוין, ווי תמיד, זיין באַשטענדיק בייז וואָרט אויף די ליפּן אַרויסצוזאָגן געהאַט:

— שדים...

ער האָט אָבער דאָס מאָל דאָס ניט אַרויסגעזאָגט: ער האָט צווישן זיי, צווישן אַלע אים פון לאַנג באַקענטע, איינעם אַ נייעם, אַ ביז אַהער נישט געזעענעם, דערזען — לוזין, דעם הויכן, שטאָלצן, מיט אַ גרויס הדרת־פּנים; דערצו נאָך, נישט ווי אַלע איבעריקע — רייך, אין דער זיידענער קאַפּאָטע... האָט ער זיך אויפגעהאַלטן, אויסגעוואַרט, און אַזוי, אויף דער שוועל בלייבנדיק, שפּעטער אויך געזען, ווי נאָך דעם, ווי מע האָט דאָס טאַנצן אָפּגעשטעלט, האָט מען ווידער לוזין אין אַ רעדל אַרומגענומען, און איינער, האָט ער געהערט, האָט אַ פרעג געטאָן:

— און ווער נעמט אויף שבת לוזין?

— איך, — האָט זיך דאָס מאָל מיכל בוקיער דער ערשטער, פריער פאַר אַלע, אַרויסגערופן.

אין יענעם שבת איז שוין לוזי אויפן גאַנצן טאָג מיכל בוקיערס אורח געווען: — אויף דער שבתדיקער סעודה אינדערפרי, אויפן שבתדיקן שלאָף ↰ 111 נאָך דער סעודה, אויפן קורצן שבתדיקן שמועס נאָכן שלאָף, און אַזוי ביז מנחה, ביז ער האָט אים פאַרנאַכט צוריק געבראַכט אין דער זעלבער שול אויף מנחה דאַוונען און פאַר דער קליינער סעקטע דער „זאָגער” דעמאָלט צו זיין.

* *
*

מיכל בוקיער האָט געוואוינט ווייט, ווי אַלע קבצנים, ובפרט אַזאַ, ווי ער: אין עק שטאָט שוין כמעט, „אויף די זאַמדן”, וואו זיין גאַס, אָדער די גאַנצע געדריידלטע סיסטעם גאַסן דאָרט האָט זיך געפונען, אַזש וואו די מפשיטים*) האָבן געוואוינט, ווייל ס׳איז שוין ניט ווייט געווען פון שעכטהויז.

זיין קליין נידעריק הייזעלע, אין אַ טיפן הויף פאַררוקט, האָט מיט די פענצטער פון איין זייט אין אַ ליידיקן גאָרטן אַרויסגעקוקט, מיט אַ נשאר פון שלעכט־פאַרזייטן גאָרטנוואַרג און מיט איינעם אַ בוים, ספק ווערבע, ספק אַנדער מין, ווייל קיין בלעטער האָט ער שוין כמעט ניט געהאַט; אויסגעבויגן, זיין מיט שטאַם געעפנט, געל מויל־מעל האָט זיך פון זיין צעפוילעניש געשאָטן און נאָר מילבן פלעגן אויף אים באַשטענדיק מיט מילבישער באַשעפטיקונג אַראָפּ און אַרויפגיין.

לוזי האָט באַדאַרפט גוט איינבויגן זיך, כדי דורך דער טיר פון פאָרהייזל אין שטיבל אַריינצוגיין.

אינעווייניק אין שטיבל — צוויי צימערלעך. אין איינעם דער אויוון. אינעם זעלבן — אַ טיש מיט צוויי בענק, וואו ער, מיכל בוקיער, קנעלט מיט די קינדער און וואו איצט און כסדר איז אויך דער קאָך־ און עס־צימער, נאָכעט איינס דערביי, נאָך אַ קלענערס — אַ שלאָפצימער.

דערביי אַ ווייב מיט פינף קינדער. דאָס ווייב — אַ לענגלעכע יידענע, מיט אַ שטענדיק־צעעפנט ברייט מויל. דאָס עלטסטע פון די קינדער, אַ מיידל, אַ געלבלעכע און מיט קלייען. צוויי נאָך איר, שוין היפּשלעכע יינגלעך פון 14־16, אַרבעטן שוין, איינער ביי אַן איינבינדער, דער צווייטער דרייט אַ ראָד ביי אַ שלייפער. די איבעריקע צוויי נאָך גאָר קליינע, אַ יינגעלע מיט אַ מיידעלע.

*) שינדערס.

אָט די גאַנצע משפּחה איז איצט געווען ביים טיש אויסגעזעצט. ביי דעם טיש, ביי וועלכן מיכל בוקיער פלעגט פריער, איידער ער איז צוגעשטאַנען צו דער סעקטע, אַלע אויפדערנאַכט ביי אַ דרייער לעמפּעלע זיינע חיבורים שרייבן, פון וועלכע ער האָט זיך איצט אָפּגעוואָרפן; ביי דעם טיש, ביי וועלכן איצט טרעפן מיר אים מיט זיינע תלמידים אַמאָל לערנען תנך, דערהויפּט זיין באַליבטן ספר „איוב”, וועלכנס שלעק און יסורים ער פילט אויף זיך און נעמט זיי כסדר אָן, ווי פאַר זיינע; און לערנענדיק, זעען זיינע תלמידים אים אָפט וויינען — די וויעס ווערן אים רויט, און אויף זיינע באַקן רינט אַ ↰ 112 טרער פון איובס און זיינע בשותפותדיקע יסורים און פון זייער צוזאַמענדיקן דעם טאָג שעלטן: „יאבד יום אולד בו” — זאָל פאַרלוירן ווערן דער טאָג, אין וועלכן איך בין געבוירן געוואָרן.

ביי דעם טיש איז איצט די גאַנצע משפּחה אויסגעזעצט געווען, מיט מיכל בוקיער אַליין און לוזין, דעם חשובן אורח, בראש.

בלאַסע חלות, וואָס דער קבצנישער אויוון האָט שלעכט אויסגעבאַקן, האָבן באַשיינט דעם אָרעמען טיש, מיט אַ גראָב־לייוונטענעם טישטעך געדעקט.

די מאכלים, וואָס זיינען דערנאָך צום טיש אויפגעגעבן געוואָרן, זיינען פון אַ „קאַלטן מלאך” געקאָכט געוואָרן, און דער עיקר, אויף שלעכטן האָלץ, וואָס מע האָט נאָך דערצו געזשאַלעוועט.

לוזי האָט זיך אָבער זייער גוט געפילט. ער האָט געוואוסט, אַז ביי זיין רייכן ברודער משהן, אינעם גראַמען לופטיקן עס־צימער, מיט אַלע פענצטער אין הויף אַרויס צעעפנט, וואַרט אויף אים איצט אַ שטול, אויבנאָן לעבן זיין ברודערס טיש, מיט גרויס הרחבה, געשירן און פּוץ; און דווקא דערפאַר איז אים איצט אָט די פאַרדומפּענע לופט פון דעם אָרעמען שטיבעלע, דאָ ביים אָרעמען מלמד, מיט דער סטעליע אויפן קאָפּ, מיט די נידעריקע פענצטערלעך, וואָס ווערן זעלטן אויף לופט געעפנט, ליב געווען: אויך די אָרעמע מאכלים, דער גראָבער לייוונטענער טישטעך מיט דעם גראָבן זאַלץ און מיט די געמיינע, שטשערבאַטע און קאַליקעוואַטע טעלער און גאָפּל־לעפל.

ער האָט זיך געפילט גוט, אַזוי גוט, אַז ער געדענקט שוין נישט, ווען זיין שטענדיק־געשלאָסענע נאַטור זאָל זיין אַזוי אויפגעבונדן: אַזוי, אַז ער איז איצט גרייט געווען אָט די גאַנצע אָרעמע משפּחה מיטן אָרעמען שטיבעלע מיט אַלץ אַרומצונעמען, אין זיך אַריינצונעמען.

ער האָט אַפילו ביי זיין באַלעבאָס, ביי מיכל בוקיער, וועמעס אורח ער איז איצט געווען, און ביי וועמען ס׳איז זעלטן־זעלטן צו טרעפן אויפן פּנים און אין די אויגן אַ מינדסט, אַפילו עטוואָס, וואָס דערמאָנט אין פריילעכקייט, איצט יאָ פריילעכקייט און אַפילו מער פון פריילעכקייט אַרויסגערופן — דערמיט, וואָס ער האָט זיך צו די קינדער, צום גאַנצן הויז־געזינד פאַר דער ווייניקער צייט, וואָס ער האָט דאָ אין שטיבעלע און ביי דער סעודה פאַרבראַכט, אַזוי היימיש זיך געשטעלט, אַזוי ניט געצוואונגען, ניט אָנגעצויגן, אַז די שטוב, — האָט זיך אַלעמען געדאַכט, — איז עפּעס ווי העכער, גראַמער געוואָרן און ווי נאָר מיט לוזין פול, און דאָס שווער־וואָכעדיקע, וואָס הענגט תמיד, ווי אַ רוט, אויף אָט דער שטוב און דריקט אַפילו אום שבת, האָט זיך איצט אָפּגעטראָגן און פאַרשוואונדן.

לוזי מיט מיכלען מיט די עלטערע יינגלעך האָבן געזונגען זמירות, און די פרוי, דאָס מיידל און די יינגערע קינדער האָבן, פון הנאה פאַרגעניגטע, צו זיי זיך צוגעהערט.

↤ 113

מע האָט אָפּגעבענטשט. קינדער זיינען אַרויס אין דרויסן, און עלטערע האָבן זיך צוגעלייגט. אויך לוזי.

נאָכן שלאָפן האָט די פרוי אין גאָרטן אַרויס שבת־אויבס און באַרן־קוואַס אַרויסגעטראָגן; אויך אַ באַנק געבראַכט אונטער דעם אויסגעהוילטן בוים מיט די ווייניק בלעטער, וואָס מויל־מעל האָט זיך פון זיין צעפוילעניש געשאָטן, און וואו נאָר מילבן זיינען באַשעפטיקטע אויף אים אויף און אָפּ געגאַנגען.

לוזי האָט זיך אויפן בוים, אויפן אָרעמען גאָרטן און אויפן נשאר פונעם שלעכט־פאַרזייטן אַרומגעקוקט. ער האָט געוואוסט, אַז צו זיין ברודער אין הויף קומט מען איצט פון גאַנץ שטאָט, יונג און אַלט, שפּאַצירנדיק, פון זיין ברודערס ברונעם צו טרינקען. די שטאָט איז אין ענגשאַפט... שבת, זומער, גייט מען אין ווייט־אָפּגעלעגענע גאַסן שפּאַצירן, ווי אין זיין ברודערס, למשל. די פאָרטקע פון טויער שטייט אָפן, מע גייט אַריין און אַרויס, אַלץ פרעמדער עולם פון שטאָט. מיכאַלקע בורטשעט, וואָס מע מאַכט אים אָן אַ נעץ ביים ברונעם, אָבער זאָגן, אָנשרייען אויף עמעצן איז אים פאַרבאָטן. און זיין ברודערס בני־בית געפינען זיך אין גאָרטן, גאָר אויף אַנדערע בענק און אונטער אַנדערע ביימער, ווי ער מיט מיכל בוקיער דאָ...

דאָך איז אים גוט דאָ און ס׳אַטעמט זיך אים פריי, און אַן אָפנהאַרציקער און גוטמוטיקער שמועס פאַרבינדט זיך צווישן אים און מיכלען. מע שמועסט אויפגעלייגט־לייכט, פריער פון אייגענע ענינים, פון זיך אַליין צו ביסלעך, דערנאָך פון דער סעקטע, פון איר וואוקס און צושטאַנד, פון יעדן איינציקן מיטגליד אירן באַזונדער. און ביידע, סיי לוזי סיי מיכל, צופרידענע אויף דער באַנק פאַרברענגען, ביז זיי באַמערקן, אַז ס׳איז שפּעט: דער שטאַם פון בוים איז העכער האַלב שוין אין טונקל, נאָר די סאַמע הייך און די קרוין, וואָס אָן בלעטער, איז מיט פאַרנאַכטיקער זון געקרוינט, און זיי שטייען אויף און זאָגן זיך:

— צייט צו מנחה.

און אָט זיינען זיי, נאָך לאַנגן צוריקגיין, צוריק אין דער זעלבער שול, ווי אינדערפרי געווען.

ווייטער דער זעלבער עולם, נאָר נאָכן שבתדיקן טאָג אויסגערוטע, אויף ווייטער, ווי אינדערפרי, צו דאַוונען און ווידער אויף זייער אופן גרייטע צו ווילדעווען.

ס׳הערט זיך אַ ברום אינעם פאַר־מנחהדיקן פינצטער אין שול, ווי פון עפּעס חיות, וואָס קאָנען אַלעמאָל אומגעריכט מיט קולות אַרויס... זיי האַלטן זיי נאָך דערווייל אין זיך, אין די בייכער, אָבער אינעווייניק גאָרגלט, גולגעט, ברומט, און באַלד, מעגלעך, וועלן זיי זיי אויך מאַכן הערן.

מע דאַוונט ווידער מיט אַן אומגעלויף, ווידער מיט אַ ווילדן שאָקלען זיך, ווידער קולות און אָכצנדיק קוויקעניש, נישט ווי ביי אַנדערע, און ווי דער ↰ 114 שטייגער שטענדיק ביי שבתדיקער מנחה, ווען דער טאָג אַראָפּגעלאָזט און אַ טרויער פון צעשיידן זיך מיטן שבת, פאַר אַן ערב־קומענדיקער פּראָסטער וואָך, הערט זיך אין די תפילה־ניגונים. ניין: די צעשיידן זיך ניט מיטן שבת, זיי האַלטן אים איין, און ווי אַ גאַנצע וואָך ביי זיי שבת.

„דו ביסט איינער און דיין נאָמען איז איינער, און ווער נאָך, ווי דיין פאָלק ישראל — איין פאָלק אויף דער וועלט”, — האָט מען אויך איצט מיט דער זעלבער היץ־באַגייסטערונג, ווי אינדערפרי די אינדערפריעדיקע תפילות, געזונגען.

און אַז מ׳האָט אָפּגעדאַוונט, האָט מען ווידער, ווי דער מנהג איז און ווי סע פירט זיך ביי זיי תמיד, שוין ווען פינצטער, ביי צוויי צונויפגערוקטע טישן אין מערב־וואַנט פון שול דעם שלש־סעודות געפּראַוועט. מיט הוילער נאָר חלה מיט זאַלץ, מיט פריער זיך וואַשן און דערנאָך בענטשן, און אינמיטן דער סעודה מיט עפּעס עמעצן „זאָגן” מכבד זיין.

דאָס מאָל האָט דעם כיבוד, נאַטירלעך, באַקומען לוזי, און ער איז גלייך מיט זיין וואָרט אַרויס — פון איבערגעפולטקייט, אַ שטאַרק באַגלייבטן עולם פאַר זיך האָבנדיק, ביי צוויי לאַנגע טישן פון ביידע זייטן באַזעצטע.

פון איין זייט, האָט ער געהאַט שלום דעם טרעגער מיט זיין גרויסן גוף, אין דער נישט־געוואוינטער פאַר אים קאַפּאָטע; און פון דער צווייטער זייט — דעם לאַנגן, דאַרן אברהמל דעם שניידער, דעם פּאַרשוין שוין כמעט אָן אַ גוף, מיט אַ זכר נאָר פון קערפּערלעכקייט. און ווייטער, אין דער גאַנצער לענג פון טיש, די איבעריקע צו זיי ענלעכע, אַלע כמעט פון איין גורל, מענטשן פון גרויס אָרעמקייט, פון די מינדסטע הנאות פון דער וועלט קיין הנאה נישט האָבנדיק און פון באַנוגענען זיך מיטן מינדסטן.

און לוזי האָט וועגן דעם טאַקע, אין וועלכן זיין גלייביק־געגאַרטער עולם האָט זיך אַזוי שטאַרק גענייטיקט, איצט זיין וואָרט געהאַט: וועגן באַנוגענען זיך מיט ווייניק, און אויך אינעם ווייניק די פרייד און דעם זינען צו געפינען.

פון נישט געוואוינט זיין צו „זאָגן”, איז לוזין דאָס רעדן אָנגעקומען שווער, דערפאַר אָבער באַהאַרצט, און וואָס אַמאָל האָט ער די ווערטער ווי פון אַלץ אַ גרעסערער טיף אַרויסבאַקומען. און אַלע אויגן און קעפּ פון די ביים טיש זיצנדיקע זיינען צו אים געווענדט געווען, און אַלע וויילע האָט זיך אַ זיפץ פון הנאה פונעם געהערטן פון צווישן עולם אַרויסגעהערט.

אַליין אַפילו דער שמש פון שול, וואָס, ווי געזאָגט, האָט ער צו דער סעקטע קיין איבעריקע ליבע ניט געפילט און גאָר ווייניק אַכטונג, וועלכער איז איצט צו מעריב־דאַוונען אין שול אינמיטן רעדן אָנגעקומען, — אויך ער, וואָס זעלטן־ווען האָט ער זיך אַמאָל צו די רייד פון זייערע „זאָגערס” צוגעהערט, האָט איצט, — דערהערנדיק דעם פרעמדן, שטאָלצן יידן, וועלכן ער האָט נאָך אינדערפרי אויסגעטיילט און באַמערקט, — האָט, ניט געקוקט אויף ↰ 115 זיין אומאַכטונג, אַן אויער צוגעלייגט, איז אויף זיין אָרט געבליבן און אין זיין אַמט, אין זיין שמשעריי, און אַז ס׳איז שוין שפּעט, און אַז שוין צייט מעריב צו דאַוונען פאַרגעסן.

און לוזי האָט זיין עדה, וואָס האָט זיך, אַ צונויפגעדריקטע, אין שבת־פאַרנאַכטיקן פינצטער געפונען, פון איר פינצטערער ווירקלעכקייט געוואָלט אַרויסנעמען, פאַר איר אַ וועג באַלויכטן, און אויף ווייטער גלויבן און אין איר דעם בטחון צו שטאַרקן. און דער שמש, וואָס איז ביי אַ זייט געשטאַנען, האָט געהערט, ווי נאָך דעם, ווי לוזי האָט פיל גערעדט וועגן אמתע און פּוסטע רייכקייטן, וועגן אמתע, וואָס מע דאַרף זיי ווייט ניט זוכן, מע געפינט זיי אין זיך, און וואָס, אַז מע דערווערבט זיי, האָט מען זיי און מע איז מיט זיי זיכער אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט; און וועגן פּוסטע, וואָס פּוסט, וואָס מע יאָגט זיך נאָך זיי, ווי נאָך אַ שאָטן, און ווי אַ שאָטן פאַרשווינדן זיי און נישט בלייבן, — האָט ער לסוף נאָך, כדי זיינע רייד צו פאַרשטאַרקן, פאַר די זייניקע אַ משל פון אַן אַלטן ספר געבראַכט און מיט אים אויך זיין רעדע פאַרענדיקט.

— אַמאָל, — האָט ער זיי צום לעצט דערציילט, — ווערט אין יענעם ספר געבראַכט, — איז געווען אַ פּרוש. ווי נאָר ער איז פּרוש געוואָרן, אַזוי האָט ער זיך אַוועקגעלאָזט אין אַ ווייט לאַנד צו זוכן פּרנסה. איז ער אָנגעקומען אין זיינער אַ שטאָט פון יענעם לאַנד און האָט באַגעגנט אַ געצנדינער. זאָגט צו אים דער פּרוש: ווי נאַריש איר זייט און פאַרבלענדט, וואָס איר דינט צו די אָפּגעטער. זאָגט אים דער געצנדינער: נו, און איר צו וועמען דינט? — מיר, — האָט געענטפערט דער פּרוש, — דינען צו דעם, וואָס שפּייזט אַלעמען, דערנערט אַלעמען און וואָס צו אים איז קיין שום גאָט ניט קיין גלייכן. — איז אויב אַזוי, — האָט געזאָגט דער געצנדינער, — צעגייען זיך און זיינען זיך סותר אייערע ווערטער מיט אייערע מעשים. — פאַרוואָס? — האָט געפרעגט דער פּרוש. — דערפאַר, ווייל ווען דאָס, וואָס דו זאָגסט, וואָלט טאַקע געווען אמת, וואָלסטו דאָך פאַרשפּאָרט גיין אין אַזאַ ווייט לאַנד צו זוכן דיין פּרנסה, וואָלסטו זי דאָך געפינען אין דיין אייגענער שטאָט און אין דיין אייגן לאַנד. דאָ האָט דער פּרוש נישט געהאַט וואָס צו ענטפערן. ער האָט זיך אומגעקערט און איז שוין מער פון זיין לאַנד ניט אַרויסגעגאַנגען און אויף זיין גאַנץ לעבן שוין דאָרט פּרוש פאַרבליבן.

דאָס דער משל, און דער נמשל איז קלאָר געווען, אַז לוזי האָט אים שוין פאַרשפּאָרט צו דערקלערן.

* *
*

ס׳איז שוין געקומען דער חודש אלול. אין יענעם חודש איז איינגעפירט געווען, אַז יעדער איינער פון דער סעקטע האָט באַדאַרפט פאַר אַ צווייטן, אַליין נאָר אינצווייען ערגעץ אין אַ ווינקל בלייבנדיק, פון אַלץ, וואָס פאַר אַ ↰ 116 גאַנצן יאָר ס׳איז געשען מיט אים, פאַרן אַנדערן רעכענונג אָפּגעבן און זיך מתוודה זיין.

און אָט, אין איינעם אַן אויפדערנאַכט, שוין שפּעט נאָך מעריב, ווען אַלע זיינען זיך שוין געהאַט צעגאַנגען, איז אין דער אויבן־דערמאָנטער „לעבעדיקער” שול פון אַלע פריער דאַוונענדיקע צוויי נאָר מענטשן פאַרבליבן. דאָס זיינען געווען מיכל בוקיער און לוזי.

לוזי, אין שפּיגל־באַנק פאַר אַ שטענדער זיצנדיק, האָט מיכלען פאַר זיך אַ שטייענדיקן געהאַט — אין אַזאַ לאַגע, ווי מע שטייט פאַר אַ לערער, פאַר אַ וועגווייזער און פאַר אַ זעלישן געוויסנס־ריכטער: אין גרויס הכנעה, און ווי גרייט אַלע זיינע, פאַרן גאַנצן יאָר פאַרשלאָסענע, שופלאָדן אַרויסרוקן און צעעפענען, — יענער זאָל אַלץ, וואָס דאַרף אַנטפּלעקט זיין, אָפן זען, און אויך די מעגלעכקייט האָבן, אויב ער וועט וועלן, אַליין זוכן, זיך גראָבן און אַלץ דאָרט איבערקערן, וואָס ער וועט צו זיין פאָרשן און ריכטן דאַרפן.

די גאַנצע שול שוין דעמאָלט פינצטער, און נאָר דאָס אָרט, וואו די צוויי דערמאָנטע פאַרבליבענע האָבן זיך געפונען, איז פון איינעם אַן אַראָפּהענגענדיקן שוואַך־ברענענדיקן לאָמפּ אין מזרח באַלויכטן געווען. דאָך — ווער ס׳וואָלט דעמאָלט אַפילו ווייטלעך אין מערב, מיטן פּנים נאָר צו מיכלען געווענדט, געשטאַנען, וואָלט געזען ,ווי מיכלס וויעס רויטלעך, ווי תמיד, בשעתן לערנען איוב, ער ווערט פון איובס דערהויבענע פּיין און ליידן דערוואַרעמט. איצט נאָך מער: ער האָט געוויינט, און איבער זיינע האַרטע באַקן זיינען אין דער מאַט־מעשענער באָרד און אין די, ווי סטערניע אויסזעענדיקע, האָר טרערן גערונען.

און לוזי אַ שטרענגער: ער האָט, מעשה ריכטער און פאָרשער, אינעם שולדיקנס געעפנטקייט איצט אַריינגעקוקט, געשוויגן, אויסגעהערט און ווי אַלץ מער און מער ביי אים זיך אויפצועפענען געפאָדערט.

און מיכל האָט, אַזוי שטייענדיק פאַר לוזין און זיך מתוודה זייענדיק, דערציילט.

— ער איז מיט אַ פּגם... ער איז פון אַ שווערער האַנט אָנגערירט, און וויפיל ער האָט זיך ניט געמיט און מיט זיך אויך איצט ניט צו זיין פריערדיקן גלויבן קומען, גיט זיך אים ניט איין. אַ קללה! ער איז ווי ערגעץ אינעם סאַמע אינעווייניקסטן געשלאָגן. ער פילט, ווי פרעמדע ווינטן גייען אום אין זיין בנין; ס׳דאַכט אים, אַז אָט־אָט וועלן זיי זיינע טירן און לאָדן צעעפענען, אַלץ וועט ווערן הפקר, און ער וועט ווערן אויס באַלעבאָס אויף זיין אייגנס און דערוואָרבנס; פון זיין הויכער, מיט גרויס שוועריקייטן אים אָנגעקומענער, מדרגה, וועט ער באַלד אויף אונטן אַראָפּגעשליידערט זיין, און ווי אַ הונט אויף אַ קייט, פון אַ פרעמדן כוח מיטגעשלעפּט ווערן אַהין, וואוהין דער פרעמדער כוח וועט אים דאַרפן און וועלן.

↤ 117

וויי, ווי ער ראַנגלט זיך! וואָס ער האָט שוין ניט איבערגעטאָן, וויפיל פּייניקונגען פון גוף און נפש שוין — און ס׳העלפט ניט.

ער איז זיך מודה: קיין איין מענטשלעכע תאווה האָט ער נאָך נישט, ווי ס׳באַדאַרף צו זיין, געבראָכן. פאַרקערט, — פון זיי געבראָכן, באַצוואונגען און תמיד אין געפענקעניש. ווי אָט: די תאווה פון לייב, למשל, ווערט ביי אים מיט יאָרן און מיט עלטער ניט געשטילטער, נאָר, פאַרקערט, נאָך שטאַרקער. אַז ער גייט אין גאַס, מוז ער די אויגן אַראָפּ האַלטן, כדי גאָרניט צו באַגעגענען, גאָרניט צו זען, אָבער ס׳קריכט אים, וואָס מע טאָר נישט, ווי פון אונטער דער ערד אַרויס און מאַכט אים זען און זינדיק... ס׳דערגייט אַזוי ווייט, אַז ער זעט פאַר זיך תמיד הוילע, נאַקעטע נאָר, וואָס זיינען אים אַפילו אינמיטן תפילה און לערנען מבלבל און מאַכן אים אַזוי אויפציטערן, כמעט ביז אויסן...

דאָס גלייכן מיט אַנדערע תאוות, ווי די, למשל, צו געלט, צו כבוד, צו קנאה, שנאה א. אַ.

ערגער אָבער פון אַלץ איז די נטיה זיינע אין אַלץ צו לייקענען, יענע נטיה, וואָס דערגייט ביי אים ביז דער גרעסטער ליידנשאַפט און וואָס ברענגט מיט זיך פאַרשיידענע פאַר אים פאָלגן: אָדער ער דערפילט זיך מיטאַמאָל פּוסט, אויסגעהוילט, גלייך דאָס גאַנצע חיות איז פון אים אַרויס, ס׳ווערט אים אַלץ אַלצאיינס, און גלייך אַלע פעדעם מיט דער וועלט און מיט דעם, וואָס פירט אָן מיט דער וועלט, ווערן ביי אים איבערגעריסן, און ער גייט אַרום, ווי אין עולם־התוהו; אָדער אַן אַנדערשמאָל, פאַרקערט, פילט ער, גלייך ווי אַ ווילדער דולער וואָלט אין אים געזעסן, וועלכער מאַכט אים גוואַלדיק אומרואיק, ברענגט אים צו וועלן פאַרדאַרבן און צו צעשטערן און אויפצוברעכן אַלע צוימען...

שוין אָפּגערעדט פון אַזוינע „קלייניקייטן”, ווי תמיד שבת, אַז ער שטייט פאַר אַ ברענענדיקער ליכט, וויל ער זי פאַרלעשן. ערגער — ווי אַז ער איז אַליין אין שול, ווילט זיך אים אָפט צולויפן צום אָרון־קודש, דעם פּרוכת אַראָפּרייסן און, חס־חלילה, די „רייניקייטן” אויף דער ערד אַראָפּוואַרפן. ערגער, ערגער — ער קאָן דאָס גאָר פאַרן מויל ניט ברענגען — נאָר ס׳האָט זיך שוין אויך געמאַכט, אַז ער האָט געהאַלטן אַ מעסער ביים האַלדז, זיך געוואָלט פון דער וועלט און פון יענער וועלט אומברענגען: כלומרשט, פאַר דער מורא פאַרן לייקענען, אָבער וואָס אין דער אמתן איז דאָס דאָך אַליין די גרעסטע פון דער גרעסטער לייקענונג... און דאָס אַלץ איבער זיין אינעווייניקסטן צעשטערער און פאַרדאַרבער, וואָס ער זעט אים אַמאָל אַ פאַרשטעלטן, ווי אַן אָרעמאַן, ביי זיין שוועל בעטן, און אַמאָל ווי אַ חיה אויף דער דרויסן־זייט פון זיין טיר הויערן.

און וואָס זאָל ער טאָן, און וואָס פאַר אַן עצה זאָל ער זיך געבן?

און דאָ איז ער אויף אַ וויילע אַנטשוויגן געוואָרן, מיכל, און לוזי האָט ↰ 118 אויף אים, כדי אים ניט צו פאַרשעמען, נישט געקוקט, און דאַן האָט ער ווייטער פאָרגעזעצט און דערציילט:

און אָט: אַז ס׳ווערט אים אַמאָל ענג, אין שווערע צייטן ווען, גייט ער, ווי אַלע זייעריקע, ווי באַוואוסט, אויפן „פעלד” אויף ביינאַכט אויפן שטאָטישן באַוואוסטן צדיקס קבר צו נעכטיקן, כדי דאָרט, אין לערנען און אין וואַך זיין, די מחשבות צו לייטערן. און אַלעמען, ווי באַוואוסט, העלפט עס, און אים — אויך דאָס ניט.

און דאָ מוז ער אים דערציילן פון איינעם אַ לעצטן מאָל, וואָס ס׳האָט מיט אים ערשט ניט לאַנג, נאָך היינטיקן זומער, אויפן קבר דאָרט געטראָפן.

ס׳גרוילט אים נאָך איצט, זיך דערמאָנענדיק, אָבער ער איז זיך דאָך מתוודה און ער מוז אַלץ דערציילן, און ס׳טאָר ביי אים קיין פאַרהוילנס ניט בלייבן.

ער האָט זיך, ווי דער שטייגער, שוין שטאַרק שפּעט אין אָוונט, ווען קיין איינציקער נפש איז אויפן „פעלד” נישטאָ, אַהין, אין מויערל, אַריינגעשטעלט. ס׳האָט נאָר, ווי תמיד ביינאַכט דאָרט, געברענט איינס אַ לעמפּעלע, פון מויערל־שמש געלאָזט. ער האָט זיך גענומען לערנען, מיטן ספר פאַרן לעמפּעלע שטייענדיק לאַנג, לענג און אויף שעהן גאַנצע, ביז ער איז מיד געוואָרן און איז אַ שטייענדיקער, ווייזט אויס, אַזוי אַנטשלאָפן געוואָרן. און דעמאָלט האָט זיך אים געחלומט:

ער האָט אויפגעהייבן די אויגן און דערזען: די שטאָט, די גאַנצע שטאָט, אַן איבערגעקערטע: דער מאַרק מיט די קלייטן, די גאַסן מיט אַלע הייזער, שולן און בתי־מדרשים — אַלץ אים איבערן קאָפּ הענגט, און נאָר דער קלויסטער איז אויף זיין אָרט געשטאַנען. דאָס איבערגעקערטע, פריער נאָר איבערגעקערט, אָבער גאַנץ, ניט גערירט, דערנאָך האָט זיך אַלץ גענומען שיטן: סחורות פון קראָמען, חפצים, זאַכן פון שטיבער און הייזער, פון בתי־מדרשים אַלע הייליקייטן און רייניקייטן — אויף דער ערד צו פאַלן און אין איין באַרג און אין איין אָנגעהויפנטקייט אַלעס. ס׳אַ שטויב און פאַרשטעלעניש געוואָרן, און מע האָט ניט געזען גאָרניט; גאָר באַלד, וויי, האָט ער דערזען, ווי אויך מתים פון די קברים פאַלן — ווידער אויפן זעלבן באַרג און אויפן זעלבן אָנגעהויפנטקייט, און נאָר דער קלויסטער איז אַלץ אויף זיין אָרט, וואו געשטאַנען, געבליבן.

און אַ פייער האָט זיך אים פּלוצלונג געוויזן פון באַרג, וואו אַלץ האָט גענומען ברענען, און זיך אַליין האָט ער ביי אַ זייט פון באַרג געטראָפן, מיט אַ לאַנגן שטעקן אין הענט, און וואָס פאַר אַ זאַך, — אַ נישט הייליקע אָדער יאָ הייליקע, — ס׳איז געלעגן ווייטער פון פייער, האָט ער צוגעשאַרט, כדי דעם פייער שפּייז צו געבן, ס׳זאָל אַלץ ברענען און גאָרנישט ניט אין דער זייט בלייבן.

↤ 119

און דאָס פייער האָט זיך געשטאַרקט. שטוב־זאַכן, ספר־תורהס און ביינער האָבן געקנאַקט, גערויכערט און געטשאַדעט, און ער אַליין ביי דער זייט האָט אַלץ מער און מער אונטערגערוקט.

ער האָט זיך אומגעקוקט און פאַרוואונדערט: וואָס טוט ער דאָ? ביי אַזאַ זאַך ווי קאָן ער גאָר בלייבן, בפרט נאָך מיט אייגענע הענט אַזוינס צו טאָן, אַזוינס אויף זיך נעמען? — און ער איז פאָרט ניט אָפּגעגאַנגען, פאָרט געבליבן דעם שטעקן ניט אַוועקגעלייגט, געשאַרט, און דער גרויסער אומגעהויערער פאַרשוועכונג אַ געטרייער און ווי אַ געדונגענער געדינט.

און דאָס פייער האָט זיך נאָך מער געשטאַרקט. און קולות, ווי פון לעבעדיקע, האָבן זיך פון דאָרט אַרויסגעהערט, און ער מעג שווערן, אַז זיין נאָמען האָבן די קולות אויסגעשריען און אים אויף תמיד זיין לייב און זיין געביין אויף אַלע אייניקייטן פאַרשאָלטן. ביז זיי זיינען איינגעשטילט געוואָרן, די קולות: דאָס פייער — אויס, און פון אַלץ איז אַש געוואָרן.

און דעמאָלט, וויי, האָט ער פּלוצים פונעם שטיין־געבליבענעם קלויסטער אַרויס, פונעם אַריינגאַנג־טויער זיין צעפּראַלטן, אים, זייערן, דעם נוצרי *) זיך באַווייזן דערזען. ווי תמיד, ווי זיי מאָלן אים: מיט אַ הוילן קאָפּ, אין אַ לאַנגן פּאָלע־מאַנטל, באָרוועס און ווי אַ פּאַסטעך פון שאָף האָט ער אויסגעזען. און ער האָט טאַקע פאַר זיך אַ גרויסע טשערעדע געהאַט, ער — הינטער איר, און אַ גרויסע טשערעדע פאָרויס, און די טשערעדע איז פון שאָף, האָט זיך אים לכתחילה אויסגעוויזן, דערנאָך פון מענטשן, אַ מאַסע... אַ מאַסע... און נאָר ער (מיכל) איינער פונווייטן, און ס׳איז אים אַן עלנט געפאַלן, וואָס ער ביי אַ זייט, און מ׳האָט זיך אים זייער צושטיין געוואָלט, און אַן אינערלעכער שטאַרקער חשק האָט אים אָנגעכאַפּט, און דערצו נאָך האָט ער, ווי פון ערגעץ, אַ וואונק אויף צוצושטיין באַקומען, און ער איז צו דער טשערעדע צו.

און פּלוצלונג האָט ער זיך דערזען לויפן ווי אַ הונט פאַר דער טשערעדע, — אַ פּאַסטעך־הונט און, דאַכט זיך, מיט אַ מין קרוינדל אויפן קאָפּ, — פאָרויס לויפן און שרייען, וויי:

— אַ וואַרע, אַ וואַרע, פאַרן הייליקן פּאַסטעך און פאַר דער באַגלויבטער טשערעדע...

*) יעזוס.

און דאָס דערציילנדיק, האָבן זיך שוין מיכלען פון די אויגן אין באָרד אַריין טרערן געגאָסן, און אויך לוזי האָט זיין פריערדיקע רו, פון בשעת זיצן און אויסהערן, פאַרלאָרן: ער האָט זיך פון אָרט אַ הייב געטאָן, מיכלען אַליין פאַרן שטענדער שטיין געלאָזט, און ער אַליין האָט, אַ שטאַרק צעשטרייטער און אויפגערעגטער, עטלעכע טריט אין מזרח־זייט אויף אַ געוויסער שטרעקע הין און צוריק דורכגעשפּאַנט. דערנאָך איז ער ווידער געקומען צו ↰ 120 זיין אָרט, וואו ער איז פריער אַלס גייסטיקער מומחה, אויף מיכלס אַלע גייסטיקע קרענק אויסצוהערן, באַפולמעכטיקט געזעסן, און אַ גרויסע פאַרוואונדערונג איצט אויף זיין פּנים, און אָט די פאַרוואונדערונג האָט ער מיט אַ שטומען אַקסל־צוקן אויסגעדריקט און אויך מיט אייניקע האַלבע ווערטער פון זיין מויל אַרויסגעבראַכט.

— אַזוי, אַזוי, אַזוינע חלומות גאָר...

און מיכל האָט איצט, נאָכאַמאָל פאַר זיך לוזין אַ צוריקגעקערטן האָבנדיק, פאָרגעזעצט:

— און דעמאָלט ווען ער האָט זיך ווי אַ הונט פאַר דער טשערעדע לויפן און שרייען דערזען, האָט ער זיך פּלוצים דערשראָקן... דער ספר, וואָס ער איז מיט אים, אין די הענט אים האַלטנדיק, אַנטשלאָפן געוואָרן, איז אים פּלוצים אויף דער ערד אַראָפּגעפאַלן, און ער האָט זיך אויפגעכאַפּט און דערזען, וואו ער געפינט זיך.

און דאָ האָט זיך געעפנט די טיר פון מויערל און דער באַשטענדיקער שמש, דער ליכט־צינדער, וואָס קומט אין מויערל גאַנצפרי און וואָס ביז פאַרנאַכט געפינט זיך דאָרט, איז אַריין און האָט אים דערזען, און ווי תמיד, ווען ער טרעפט גאַנצפרי אַן אונדזעריקן, נאָך אַ נאַכט דאָרט איבערנעכטיקן, האָט אויך אים מיט זידלערייען גענומען טרייבן, און ער, מיכל, איז אַרויס, ניט באַווייזנדיק אַפילו דעם חלום צו באַדענקען, זיין בזיון און דעם ווייטיק אויף זיך נעמען.

נאָר ערשט דערנאָך, שוין אין דרויסן, פאַר דער שוועל זיך טרעפנדיק און דערזעענדיק, אַז ס׳איז שוין גרויסער טאָג, און אויפן האַרצן איז אים זייער שווער געווען פון דער נאַכט און פונעם געזעענעם — איז ער הינטערן מויערל אַרונטער און ביי איינער אַ בלינדער וואַנט מיטן פּנים זיך גשטעלט, מיט אַזאַ געפיל, ווי אויף בלייבן און פאַרגליווערט ווערן און אויף קיינמאָל שוין ניט אָפּגיין פון דאָרט. און אַזוי איז ער טאַקע געשטאַנען: מענטשן זיינען פאַרביי — און ער האָט ניט באַמערקט, שעהן פאָריבער — און ער האָט ניט געוואוסט. ביז שפּעט שוין, ווען זיין ווייב האָט אינדערפרי, ווען די קינדער, זיינע תלמידים, זיינען שוין געקומען צום לערנען, און וויסנדיק זיין אָרט, וואו ער געפינט זיך, איז אים געקומען רופן, — האָט זי אים דערזען און אים אויפגעוועקט און אים אַהיים געבראַכט אַ פאַרחושטן, און פון דער נאַכט ווי אַ שיכורן און צעבראָכענעם.

— און ביז היינט, — האָט מיכל ווייטער דערציילט, — קאָן ער זיך פון יענעם געזעענעם ניט באַפרייען. ס׳ערגערט אים און ער קרענקט דערויף. ער קאָן אָפט ניט שלאָפן און ליגט איבער גאַנצענע נעכט מיט אָפענע אויגן, און ער זעט אָפט אַזוינע מיאוסקייטן ביינאַכט, אַז ס׳איז אים שווער דערנאָך די ↰ 121 טעג איבערצולעבן: נישט־גוטע אויף די ווענט, אין דער לופט, פון דער סטעליע אַראָפּגיין, פון דעם פּאָל אַרויסקומען; מאַסנווייז, אַמאָל שטילע, גאָר זיך דורכגנבענענדיקע, אַמאָל רוישיקע, ווי אויף חתונה־גייענדיקע; ניכטערע, שיכורע, מיט קלעזמער און מיט טענץ... און ער פילט, אַז ער איז עפּעס אַן אייגענער צו אָט דעם מיאוסן געזינדל, אַז מיט רעכט באַזוכן זיי זיין הויז, און אַז אין איינער אַ נאַכט קאָנען זיי פון אים פאָדערן, ער זאָל מיט זיי מיטגיין, אין זייערע שמחות און טענץ אָנטיילנעמען, און בכלל אַ זייעריקער ווערן...

ס׳העלפט אים קיין שפּייען, ס׳העלפט ניט קיין שפּרוכן זאָגן, ער שפּייט און שפּרעכט, און זיי טוען זייערס: קומען און גייען, גייען און קומען, און איין זאַך, פילט ער, פאָדערן זיי פון אים: לעסטערונג. אויב ניט מיט טאַט, איז מיט וואָרט, אויב נישט מיט וואָרט, איז כאָטש צוקוקן, ווי אַנדערע, ווי זיי לעסטערן. ס׳איז רעכט אַז זיי קומען אַמאָל מיט „רייניקייטן”, צעוויקלען זיי פאַר אים אין די אויגן און טוען אָפּ מיאוסע זאַכן אויף זיי, אַזוינע מיאוסע, וואָס וויי די אויגן, וואָס זעען עס, אַזוינע, וואָס פאַר קיין מענטשלעכן מויל ניט צו ברענגען, אַזוינע, ווי טיטוס הרשע אין זיין צייט, און ווי אַנדערע רשעים אין אַנדערע צייטן...

ס׳באַשלאָגט אים אַ שווייס, אַ טויט־אַנגסט — דאָס צוזעענדיק; ער בלייבט מאַט און אויסן און ער קאָן גאַנצע טעג דערנאָך צו זיין רו און צו זיינע כוחות ניט קומען. ער ווייסט ניט, וואָס ער טוט, ער ווייסט ניט, וואָס מע רעדט צו אים, און אָפט פעלשט ער דערום אין זיין מלמדישער שליחות: לערנט מיט די קינדער ניט, קאָן קיין הייליקן ספר ניט זען, און ס׳ווילט זיך אים ווידער צו די יענע, צו די שאַרפע חקירה־ספרים זיך נעמען, צו יענע, וואָס לערנענדיק זיי, קאָן ער אמת טאַקע דעם גלויבן פאַרלירן, אָבער צוזאַמען מיט דעם, זיך באַפרייען אויך פון אַלעם מיאוסן און העסלכן, וואָס הענגט זיך אָן און באַגלייט און לויערט אויפן גלויבן.

און דאָ איז מיכל שוין אינגאַנצן אַנטשוויגן געוואָרן ,און שטיל שטיין בלייבנדיק, פון לוזין ווי אויף זיין אורטייל און גורל געוואַרט. און לוזי האָט דעמאָלט נאָך אַלץ אויף מיכלען ניט געקוקט, מיינענדיק, אַז יענער האָט נאָך וואָס צוצוגעבן, אַז ער דאַרף נאָך און האָט נאָך... אָבער אַז ער האָט דערפילט, אַז ניט, האָט ער מיטאַמאָל די אויגן אַ הייב געטאָן און מיכלען אינגאַנצן, ווי גרויס ער איז, מיט אַזאַ בליק אָפּגעמאָסטן, גלייך ער האָט איצט, קוקנדיק אויף אים, זיך איבערצייגט אין דעם, וואָס ער האָט נאָך פריער, בעת מיכל האָט געהאַלטן אינמיטן דערציילן, זיך געטראַכט. און נעמלעך, אַז נישט נאָר אַ פּגם ביי מיכלען, נישט נאָר לייכט אָנגערירט, נאָר אַ בראָך, אַ בראָך אויף ניט צום פאַרהיילן, ניט צום פאַרהעפטן, און אַז אַזוינע ענדיקן שלעכט געוויינלעך, און אויך ער, מיכל, קאָן אַזוי, און אַז אויף אַזוינע איז זיך ניט צו בויען, אַזוינע ↰ 122 קאָנען קיין שוועריקייטן פון קיין בנין ניט אויסהאַלטן, ווייל זיי זיינען זיך אַליין שווער.

אַזוי האָט לוזי געטראַכט, אָבער זאָגן, נאַטירלעך, האָט ער דאָס ניט געזאָגט, און געזאָגט, פאַרקערט, האָט ער דאָס, וואָס מע זאָגט יאָ, און וואָס מע דאַרף זאָגן אין אַזוינע פאַלן: אויף צו פאַרגרינגערן, יענעם דאָס האַרץ לייכטער מאַכן, און דערויף האָט דאָך לוזי גענוג מיטלען, וויסן און גייסטיקע דערפאַרונג געהאַט. אַזוי, אַז ווער ס׳וואָלט אַפילו פונווייטן געשטאַנען און וואָלט אַליין לוזיס ווערטער ניט געהערט, נאָר וואָלט געקוקט אויף מיכלען בשעת יענער הערט זיי, וואָלט גלייך געזען, אַז מיכלס פּנים באַפרייט זיך וואָס אַמאָל מער פון דער שווערמוטיקייט, וואָס איז די גאַנצע צייט פון זיין דערציילן געלעגן אויף זיין פּנים, אַז טונקעלע בורשטין־אויגן לייטערן זיך, ווי אַ ניי דערלייכטערונג־הויט קומט אויף אים, אַ פרישע און פאַרגעניגטע, — פון לוזיס פאַרשטיין און באַנעמען זיין געמיט, וואָס האָט אים איצט, ווי אין אַ טיפעניש אַראָפּ, וואוהין ער האָט אַראָפּגעזונקען, אַ האַנט דערלאַנגט, און פון אַריינגעבן אים אַזוינע עצות און מיטלען, וואָס זיינען פּונקט פאַר אים, פאַר זיין שטאַנד אָנגעמאָסטן, פאַר זיינע כוחות זיי צו דערגרייכן, כדי דורך זיי אַרויפצוקלעטערן, זיך אַרויפהייבן, און ווידער צו דער געבענטשטער, זעלישער טאָג־שיין צו קומען.

און דערמיט האָט לוזי פאַרענדיקט.

און אין שול דעמאָלט איז, ווי געזאָגט, אויסער זיי ביידע, אויסער לוזין און מיכלען, קיינער ניט געווען. דער איינציקער לאָמפּ, וואָס האָט אין מזרח־זייט, פון סטעליע אַראָפּהענגענדיק, געברענט, האָט פריער נאָר איינעם אַ שטייענדיקן, אין שטאַרקער מרה־שחורה, פאַר אַ צווייטן, זיצנדיקן, געזען, דערנאָך דעם שטייענדיקן אַ דערלייכטערטן שוין, און פאַרקערט, דער זיצנדיקער מרה־שחורהדיק, ווי ער וואָלט מיטן שטייענדיקן מיט די ראָלן זיך געביטן.

דאָס איז לוזי, נאָך דעם, ווי ער האָט מיכלען געטרייסט און דאָס, וואָס ער האָט אים צו זאָגן געהאַט, אָפּגעזאָגט, אויף זיין אָרט איצט, ווי אַן עטוואָס אויסגעשעפּטער געזעסן, — אַן איינגעמידטער; ער האָט אויסגעזען, ווי איינער, וואָס איז נאָר־וואָס אַרויס פון אַ שווערער משא אָפּצוטראָגן, אָבער וואָס אַ צווייטע, אַ נאָך מער שווערערע, שטייט אים פאָר, ווייל געפילט האָט ער, אַז נאָך מיכלס ווידוי, דער נאָר־וואָס פאָרגעקומענער, וועט געוויס און אויף זיכער נאָך עפּעס קומען, וואָס וועגן דעם האָט ער איצט געטראַכט, און צו דעם קומענדיקן אינערלעכע באַציאונג און שטעלונג שוין גענומען.

אָבער די צייט איז שוין שפּעט געווען, און לוזי האָט באַדאַרפט אַהיים גיין. ער האָט זיך דערום באַלד אויפגעהויבן, זיין מאַנטל אויף זיך גענומען, און ווי תמיד ער איז געוואוינט — פאַרן אַרויסגיין פון שול און זי פאַרלאָזן, ↰ 123 צום אָרון־קודש צוגיין, דעם פּרוכת צו די אויגן נעמען און אים אַ קוש טאָן. אַזוי האָט ער אויך איצט געטאָן, אָבער דאָס מאָל האָט ער זיך ביים פּרוכת לענגער פאַרזאַמט, אים מער פאַר די אויגן געהאַלטן, ווי זיך באַראַטנדיק מיט אים און ביי אים אַן עצה פרעגנדיק. דערנאָך איז ער, פון מיכלען באַגלייט, פון שול אַרויס.

ס׳איז געווען נאָך זייער אַ הייסן טאָג און דושנעם אויפדערנאַכט דעמאָלט. ערגעץ ווייט, אונטער אַ ניט־אָנגעזעענעם האָריזאָנט, האָט זיך געפילט, קלייבט זיך, — מעגלעך אויף ביינאַכט, מעגלעך ערשט אויף מאָרגן, — דער וואַרעם־וועטער אין שטורעם איבערגיין. אָבער דערווייל שטיל און אין לופט נאָך נישט צו מערקן: פינצטער, אָבער די הויכע אלול־שטערן האָבן דעם הימל באַלויכטן, און אין די גאַסן — וואו ניט וואו, און ווייט אָפּגעטראָטן איינס פון אַנדערן — איינציקע לאַמטערנעס.

און זיי — לוזי און מיכל — האָבן זיך איצט געלאָזט פון צענטער שטאָט, וואו די שול, וואו זיי האָבן פאַרבראַכט, האָט זיך געפונען, צום עק שטאָט, וואו לוזיס ברודער, משה מאַשבער, האָט געוואוינט.

דער וועג איז זיי איצט געלעגן דורך גאַסן, געסלעך שוין אָן קיינעם, אָן דורכגייער און צום שלאָף שוין ווי אָפּגעשטאָרבענע.

און דאָ איז מיכל, זייענדיק איצט אַליין מיט לוזין אין גאַס, ווי פריער מיט אים אַליין אין שול, אַרויס מיט דעם, צוליב וועלכן, אייגנטלעך, און מעגלעך דעריבער טאַקע, ער האָט דווקא פאַר לוזין און ניט פאַר קיין אַנדערן זיין ווידוי האַלטן געוואָלט. ווייל נאָך אָט דער ווידוי האָט ער דעם מיין און אין זינען געהאַט אים דאָס באַלד ווייטער־קומענדיקע צו זאָגן, דאָס, וואָס אויך לוזי האָט זיך, נאָך אין שול זייענדיק, שוין געריכט און געגרייט דערויף.

און מיכל האָט געזאָגט:

— איצט זעט ער דאָך שוין, לוזי, ווי ער, מיכל, האַלט: אַליין אַ געשלאָגענער, וואָס האָט נאָך מיט זיך אַליין פיל צו טאָן, היינט, ווי קאָן ער נאָך פאַר פרעמדע אַן אָנפירער זיין, די משא פון אַנדערע אויף זיך צו טראָגן, נאָך אַנדערע צו העלפן, אַנדערע צו היילן, ווען ער איז אַליין ניט געהיילט? און די באַדערפעניש אין אָנפירונג איז גרויס, כאָטש די „אונדזעריקע” זיינען ווייניק אין צאָל, אָבער דאָך אַ צאָל, און ער, מיכל, פילט זיך ניט פאַר פּאַסיק, ווייל ער אַליין נייטיקט זיך נאָך ביז גאָר־גאָר אין אָנפירערשאַפט: — אין אַן עלטערן פון זיך, אין אַ מער דערפאַרענעם, מער פעסטערן, ביי וועמעס זייט ער זאָל קאָנען שטיין, אין יענעם זיך אָנשפּאַרן און אין שווערע צייטן זיין עצה צו פרעגן. און, פאַרשטענדלעך, וואָלט ער אַליין, און אַלע אונדזעריקע, ווי ער, מיכל, ווייסט, גליקלעך געווען אַזאַ, למשל, ווי לוזי, בראש פון זיך צו שטיין האָבן; ווייל נאָכאַמאָל, נישט געקוקט דערויף, וואָס די עדה איז אַ קליינע, איז אָבער, ווי לוזי ווייסט, די שטאָט אַ גרויסע, און פיל אַנדערע ↰ 124 פון אַנדערע כיתות וואָלט מען געקאָנט, און יענע וואָלטן זיך אויך געלאָזט, אַריינציען, און די עדה אונדזערע אויף פיל פאַרגרעסערן. אָבער דערויף דאַרף מען זיין מיט אַלע יענע באַוואוסטע מעלות, וואָס קיינער פון די אונדזעריקע, אויסער אים, לוזין, נאַטירלעך, פאַרמאָגט ניט: ער איז באַוואוסט, ער איז אויך, ווי מע דאַרף צו אַזוינע זאַכן, מיט וואָס מע דאַרף באַוואָפנט, און צו אים וואָלט זיכער דער גרויסער דרך־ארץ געווען, וואָס צו קיין אַנדערן, אויסער אים, קאָן ער ניט זיין און איז ניט מעגלעך.

— האַ? איז אפשר וואָלט ער אַ טראַכט געטאָן, לוזי, און וואָלט באַשלאָסן דאָ אין N ביי די זייעריקע אויף אָנפירערשאַפט צו בלייבן?

— צו בלייבן? — האָט לוזי, ווי שוין פון פריער וויסנדיק און נישט איבערראַשט פונעם פאָרשלאָג, אַ זאָג געטאָן און גלייך אַנטשוויגן געוואָרן.

— יאָ, — האָט מיכל געזאָגט און ווייטער פאָרגעזעצט, — ווייל אַ מלחמה קומט דאָ אויס צו האַלטן אויף צוויי זייטן: מיט אַלע איבעריקע כיתות פון שטאָט, וואָס זיינען, ווי צונויפגערעדט, אונדז צו רודפן און אונדז איינצושלינגען — פון איין זייט; און פון דער אַנדערער — מיטן אַלגעמיינעם, מיט אונדזערן און אויך מיט זייער שונא, דער אפּיקורסות, וואָס וואַקסט און שטאַרקט זיך און איז גרייט אונדז און אויך אונדזערע פאַרפאָלגער אויפצופרעסן.

און דאָ האָט מיכל זיך נאָכאַמאָל צו די ענינים פון דער אייגענער סעקטע אומגעקערט און דערציילט די שוועריקייטן, וואָס אים קומט אויס אויסצושטיין, די פאַרלוירנקייט, אין וועלכער ער געפינט זיך אָפט, וואָס ער ווייסט ניט וואָס צו טאָן און ווי זיך אַן עצה געבן.

ווי אָט, למשל, איז די לעצטע צייט צו זיי געקומען אַ בחורל, גאָר גאָר אַ יונגער, פון אַ ווייט שטעטל ערגעץ, וועלכער האָט גליד, ווי נאָר זיך באַוויזן, גענומען וויינען, וויינט עד־היום, און מע קאָן אים ניט באַרואיקן. וואָס איז די מעשה? ער האָט זיך פון קינדווייז אָן דערצויגן אין איין שטוב מיט אַ שטיפשוועסטערל, און אַז ביידע זיינען עלטער געוואָרן, האָט זיך, ווייזט אויס, מיט זיי עפּעס געטראָפן... וואָס — זאָגט ער ניט, נאָר איבער דעם האָט ער די שטוב פאַרלאָזט, זיין שטאָט, ער איז אַ צייט צופוס געגאַנגען, ביז ער איז געקומען אַהער, און, קומענדיק, האָט ער צו אונדז געטראָפן, און די גאַנצע צייט האַלט ער אין איין וויינען — בייטאָג, ביינאַכט, און ווע מע טוט נאָר אַ קוק אויף אים, איז ער אין טרערן. און אַז מע טרייסט אים און מע זאָגט אים: „הער אויף, תשובה און חרטה העלפט”... וויינט ער נאָך שטאַרקער, זאָגט: ניט דאָס, ניט דערפאַר, נאָר ער האָט מורא פאַר אַ נייער עבירה, ווייל דער קאָפּ איז אים אין עבירה...

צי אָט, למשל, אַן אַנדער זאַך, איינע פון פיל, וואָס מאַכט זיך: אברהמל דעם שניידערס ווייב קומט און קלאָגט זיך: אברהמל איז איר שוין לאַנג קיין מאַן ניט, קומט ניט צו איר, באַפוילט זי ניט, ווי דער שטייגער און ווי דער ↰ 125 דרך העולם... נאָר מילא, אברהמלס ווייב, ווי אברהמלס ווייב: זי קומט שטיל, וויינט שטיל און גייט אַוועק אַ שטילע. אָבער אָט איז מיטן זעלביקן שלום דעם טרעגערס ווייב געקומען, אַ יידענע שוין גאָר אַן אַנדערע, מיט קולות און טענות: „וואָס האָט איר מיר, שרייט זי, מיין שלומען פאַרביטן, וואָס פאַר אַ כישוף אָפּגעטאָן, וואָס פון אים געמאַכט? קיין פּרנסה ניט, קיין ווייב אויך ניט, איז וואָס וויל ער — אַ ציג אין בעט אַריין?” און זי ליאַרעמט, מאַכט גוואַלדן, מע זאָל איר איר פריערדיקן שלום אָפּגעבן, מיר זיינען שולדיק, אַניט וועט זי בערד אויסרייסן און אין אַלע גאַסן שרייען.

און דאָ, דאָס דערציילנדיק, האָט שוין מיכל געשמייכלט און אויך לוזי מיט אים.

זיי זיינען שוין דעמאָלט נאָכן פּאַמעלעכן שפּאַצירגאַנג דורך די שטאָט־גאַסן אויף דער שטילער הילצערנער בריק אַרויפגעקומען, אויף דער, וואָס פאַראייניקט ביידע שטאָט־טיילן, דעם אייבערשטן מיט דעם אונטערשטן, און וואָס פירט אויף דער גאַס, וואו לוזי האָט צו זיין ברודערס הויז באַדאַרפט.

אויפן בריק איז דעמאָלט, איבער דער שפּעטער שעה, שוין קיינעם און גאָרניט צו באַגעגענען געווען — קיין דורכפאָרער, דורכגייער; נאָר צוויי לאַמטערנעס — איינער ביים אָנהייב בריק, דער צווייטער ביים עק — האָבן אַ שוואַכלעכע שיין אויפן מיט בריק אַרויפדערלאַנגט, און אויך אויף ביידע ברעגעס האָבן זיי זייער געבראָכענע אָפּשפּיגלונג אין וואַסער געפונען.

דער טייך איז נאָכן הייסן טאָג געלעגן אַ לינדער, אַ באַרוטער. קיין ווינט האָט זיין אויבערפלאַך ניט גערונצלט און דעם טשערעט ביי די ברעגעס אין ערגעץ ניט שאָרכן געמאַכט. די שטערן פון הימל האָבן זיך נאָך אין וואַסער גאַנץ און גלאַט אָנגעזען, און ווער ס׳איז דעמאָלט אויפן בריק געגאַנגען, איז אויך אים פון דער שטערן־שיין און וואַסער־מנוחה געוויסער חלק אַראָפּגעפאַלן.

מיר מיינען אונדזערע צוויי דורכגייער דעמאָלט, וואָס איינער פון זיי, מיכל, האָט זיך איצט, נאָך דער ווידוי,געפילט, ווי פון אַ גרויסער היץ אויף דער פרישער לופט געקומען, אַ באַפרייטער און דערפרישטער, און דער אַרום — דער בריק, דער טייך, דער אָוונט־וואַסער און די געשטילטע ברעגעס — האָבן אין אים דעם גלויבן אין זיין באַנייאונג און דערפרישונג נאָך מער געשטאַרקט; און אויך לוזי אויפגעלייגט און דערפרישט דערפאַר, וואָס ער האָט אַן אַנדערן, אַ צווייטן געשטאַרקט, כאָטש ער אַליין איז איצט מיט נאָך איינעם אַ געדאַנק פאַרנומען געווען, מיטן געדאַנק וועגן דעם, ווי אַזוי צו לייזן די פראַגע פון גלייבן צי ניט גלייבן, און וואָס מיכלען צו ענטפערן, ווען יענער וועט אים, איצט אָדער שפּעטער, אויף זיין ענדגילטיקן באַשלוס פרעגן.

און אָט אַזוי זיינען זיי שוין דעם בריק דורכגעגאַנגען און אין יענער גאַס, וואָס באַלד נאָכן בדיק, פאַרקערעוועט, וואו לוזיס ברודערס הויז האָט ↰ 126 זיך געפונען. און דאָ האָבן שוין ביידע מיטאַמאָל עפּעס אין די פּאָלעס פון זייערע קליידער אַ קילקייט דערפילט: ערגעץ ווייט אין אַ הימל־עק, וואָס אין דרום־מערב־זייט פאַרשטעקט, האָט זיך דער האָריזאָנט געבראָכן, געווינטלט און געבליצט, און כמאַרעס האָבן זיך דאָרט — נישט צו וויסן אויף געוויס צי אויף יאָ־שטורעם, צי אויף נישט — אויף ביינאַכט געקליבן. אונדזערע דורכגייער האָבן זיך דערום שוין אונטערגעגאַרטלט, און ווען זיי זיינען צו משה מאַשבערס הויף געקומען, האָבן זיי זיך, פאַרן געזעגענען, נאָר אויף אַ וויילע נאָך פאַר דער פאָרטקע פאַרהאַלטן, כדי זייער שמועס צו פאַרענדיקן, און צום סוף שמועס האָט מיכל טאַקע ווידער לוזין אין פריערדיקן דערמאָנט, און איילנדיק מיט אַ לעצטער פראַגע זיך צו אים געווענדט:

— האַ? איז ווי מיינט ער, לוזי, מכוח דעם, וואָס ער, מיכל, האָט אים פאָרגעלייגט?

— מירן זען, מירן באַטראַכטן, — האָט אים דערויף לוזי געענטפערט.

און דאָ האָבן זיי זיך שוין געזעגנט, זיך „אַ גוטע־נאַכט” געזאָגט. מיכל איז מיט אַ פאַרהויבענער פּאָלע פון ווינט, אַן איילנדיקער, אויף אַ לאַנגן וועג, אויף צוריקוועגס צו זיך אַהיים אַוועק, און לוזי האָט גלייך די פאָרטקע געעפנט און באַלד אין הויף צו זיין ברודער שוין אַריין.

* *
*

אַז לוזי איז אַריינגעקומען אין שטוב, איז שוין אין עס־צימער פון זיין ברודערס בני־בית קיינער דעמאָלט ניט געווען: שוין שפּעט, און דאָס מאָל האָט זיך אַפילו גיטעלע, משהס ווייב, אויפן מאַנס ברודער, אויף לוזין, נישט דערוואַרט, און וואַרטן געבליבן איז אַליין נאָר משה.

אין צימער איז, ווי אַלעמאָל אין דער צייט, נאָך אַ שפּעטלעכן וואָכעדיקן אויפדערנאַכט, געבליבן אַ געוויסער סאָרט לופט — פון אַ גאַנצער ריי פאַרשיידענע מענטשן אויפנעמען, ווי אָנגעשטעלטע, וואָס האָבן אין משהס געשעפט געדינט, וועלכע פלעגן קומען פאַרן טאָג אָפּגעבן רעכענונג און נעמען פאַראָרדנונגען אויף ווייטער, אויף מאָרגן.

ס׳פלעגן קומען נאמנים־קאַסירער — סאָליד און זויבער געקליידעטע, מיט איידעלע הענט, מיט פיינעם לשון און מאַנירן, און אויך פּראָסטע אָנגעשטעלטע, וואָס האָבן אין די געשעפטן געטאָן די גראָבע אַרבעט, וועלכע האָבן אין אָוונט עטוואָס נאָר דעם בייטאָגיקן ברודיקן הילוך געביטן, אָבער מיט שלעכט־געוואַשענע הענט, און וואָס דערום האָבן זיי זיך געפילט געענגט און זיך געהאַלטן ניט איבעריק פריי.

דאַן אויך אַנדערע: סוחרים און משהס זיין־גלייכן, וואָס פלעגן קומען וועגן אַלטע, שוין פאַראַנענע געשעפטן; אויך מעקלער, וואָס קומען אויפגעבן נייע, און פּראָמילניקעס — וועגן געלט געבן און נעמען א. אַז. וו.

↤ 127

משה מאַשבער האָט תמיד אין יענער שעה אויסגעזען אַ ביסל מיד־בלאַס. און אַ לייכטע וועטשערע האָט אויף אים געוואַרט נאָך אָט די אַלע שמועסן מיט מענטשן און נאָך די פאַרשיידענע אויפנאַמען — אויפן אָפּגעראַמטן טיש, אויפסניי פאַרשפּרייטן, און אויך צו איר, צו דער לייכטער, פלעגט ער זיך ניט מיט איבעריקן חשק נעמען און, ווי געזאָגט, אַ מידלעכער זיך זעצן.

אַזוי אויך דאָס מאָל. אַז לוזי איז אין עס־צימער אַריין, האָט ער געטראָפן משהן אַן איינגעמידטן און שוין צום שלאָפן גענייגטן, אויף אים נאָר מיט דער וועטשערע וואַרטנדיק. ער האָט זיך דערום ניט איבעריק געזאַמט, לוזי: זיך געוואַשן, און אויך ער האָט זיך צום טיש געזעצט.

און ביים טיש האָט זיך צווישן אים און זיין ברודער, ווי בכלל אין דער לעצטער צייט, אַ האַלב־קאַלטער, זייטיק־אָפּגעפרעמדטער שמועס פאַרבונדן, ווי נאָר פון יוצא וועגן, ווי נאָר כדי דאָס אומאָנגענעמע שווייגן און דער עיקר, כדי תוך־ענינים אויסצומיידן.

משה האָט ביי לוזין וועגן זיין טועכץ און זיינע דרכים ניט געפרעגט, ווייל ער האָט, אויך נישט פרעגנדיק, געוואוסט; און אויך לוזי, פון זיין זייט — ווען זיין ברודער וואָלט אַפילו יאָ געפרעגט, וואָלט ער פון ענטפער זיך אויסגעדרייט, כדי אין לאַנגע וויכוחים ניט אַריין, פון וועלכע, ווי ער האָט געוואוסט און איז זיכער געווען, אַז דער ברודער וואָלט פון זיי ווידער אַ באַזיגטער און אַ פאַרשעמטער אַרויס. און דאָס האָט לוזי ניט געוואָלט.

דאָס איינציקע, וואָס משה האָט איצט אין זיין זייטיק־אָפּגעפרעמדטן טאָן יאָ פאַר מעגלעך געהאַלטן צו פרעגן, איז געווען דאָס, וואָס, „וואו רעכנט ער, לוזי, אַזוי ווי די ימים־נוראים דערנעענטערן זיך, אין די ימים־נוראים צו פאַרבלייבן — דאָ, אין N, צי ער פאָרט, ווי אַלע זייניקע, אויף יענע טעג אַהין, קיין אומאַן, אויפן „ציון”. *)

דערויף האָט לוזי אים געענטפערט:

— דאָרט, אויפן „ציון”.

— נו, און דערנאָך? — האָט משה ווידער געפרעגט.

— אַהער צוריק, — האָט לוזי געענטפערט.

— צוריק?

— יאָ, אויף דאָ צו זיין און אויף שטענדיק שוין צו פאַרבלייבן.

*) אויפן רבינס קבר.

דערביי האָט משה געוואָלט די אויגן אויפהייבן, אַ שטאַרק פאַרוואונדערטער, אויף לוזין אַ קוק צו טאָן, אים באַטראַכטן, און אפשר אויך נאָך אַ פּאָר ווערטער אים צו פרעגן, כדי זיין לעצטן ענטפער בעסער צו פאַרשטיין... נאָר אין דער מינוט האָט זיך פּלוצים פון דער שוועל פון עס־צימער עפּעס אַ קול ↰ 128 דערהערט, וואָס האָט זיך אין שפּעט־ביינאַכטיקן שטיל־ברודערישן שמועס אַריינגעמישט, און אומגעריכט אַ זאָג געטאָן:

— אויף שטענדיק בלייבן? אוי, גוט טאַקע, וואָס אויף שטענדיק...

און דאָ האָבן ביידע ברידער מיטאַמאָל דערשראָקענע די אויגן צו דער טיר אויפגעהויבן און דערזען:

פּונקט אויף דער שוועל, אין חלל פון דער טיר, איז געשטאַנען אַ נידעריקלעכער פּאַרשוין, אַ שלעכט־אָנגעטאָנענער, אַ יונגער נאָך, ביי די דרייסיק, אָבער פון דער שטאַרק־בלאָנדער באָרד, דער נישט־געקעמטער, און פונעם אַפּגעלאָזענעם און אָרעמען הילוך, און דער עיקר פון די צוויי קליינע שטאַרק־שאַרפע שוואַרצאַפּלען, וואָס האָבן זיך באַזונדערס, נישט ווי ביי אַנדערע מענטשן, שטאַרק אויסגעטיילט פון די ווייסלעכער, איז זיין עלטער נישט צו דערקענען; מעגלעך, גאָר יונג און נאָר דער הילוך פאַרענדערט אים, מעגלעך, אויך עלטער, נאָר די אויגן קוקן אים יונג.

דאָס איז געווען אַלטער, דער דריטער ברודער מאַשבער, וואָס שוין באַלד נאָכן ערשטן בליק איז צו זען געווען:

נישט קיין ברודער, נאָר אַן אומגליק: אַן אומנאָרמאַלער, וואָס כאָטש דאָס מויל איז ביי אים זיסלעך, און שמייכלט טאַמעוואַטע, אָבער דער קאָפּ, די אויגן און דער שטערן, ווי דורך שטאַרקע שטורעמס דורכגעגאַנגען: דער שטערן האַרט, האַרב און ווי ניט איינמאָל אין אַ וואַנט זיך געקלאַפּט, און נאָר דערווייל זיך ניט צעקלאַפּט; און די אויגן — כאָטש אויפן ערשטן בליק גוטמוטיקע, אָבער אויך אַזוינע, וואָס קאָנען אַזוינס באַווייזן, אַז ניט נאָר קליינע קינדער, נאָר אויך גרויסע זאָל אַ ציטער אָנכאַפּן און זיי זאָלן פון זיי אַנטלויפן אויף מיילן.

* *
*

און דאָ מוזן מיר זיך איבעררייסן און אונדזער דערציילונג פאַרהאַלטן, כדי זאָגן אַ פּאָר ווערטער וועגן אַלטערן און וועגן זיין לעבנס־ביאָגראַפיע.

כאָטש, מעגלעך, נישט דאָ איז דאָס אָרט, און מעגלעך, אַז בכלל איז קיין אָרט פאַר אים, פאַר אַזאַ, וואָס אַקטיוו אין דער דערציילונג ווירקט ער ניט און קאָן ניט ווירקן, און מיר וואָלטן אים אינגאַנצן געקאָנט פאַרבייגיין אָדער וואו־ניט־וואו נאָר דערמאָנען. מיר האָבן דאָך ניט אַזוי געטאָן און נאָך לאַנגן ישוב־הדעת אים אַריינגעפירט און ווילן זיך אויף אים דאָ עטוואָס לענגער פאַרהאַלטן, מחמת, אויב אַפילו קיין אַקטיווע ווירקונג ניט, אָבער דאָך אַ ווירקונג האָט ער געהאַט, אַליין שוין מיט זיין זיין און געפינען זיך אין יענעם הויז, וועגן וועלכן ס׳גייט ביי אונדז די רייד דאָ; אַליין שוין דערפאַר, וואָס ער איז אַן אייגענער פון יענעם הויז, און וואָס בלוט איז ניט קיין וואַסער, און מיר רעכענען, אַז דער פאָרשער וועט אין אַ צווייטן אָדער אַ דריטן דור ↰ 129 ביי איינציקע פון די שפּעטערדיקע משפּחה־מיטגלידער, מעגלעך, דאָך ווען־ניט־ווען אַ קליין זוימען־קערנדל אויך פון יענער קרענקלעכער ירושה געפינען, וואָס אין דעם דור, וועגן וועלכן מיר רעדן דאָ, איז זי, צום גרויסן אומגליק, אינגאַנצן אויפן חלק פון איינעם נאָר, אינגאַנצן אויף אַלטערס חלק אויסגעפאַלן.

איז. אַלזאָ, וועגן אַלטערן.

* *
*

ער איז געבוירן דער מיזיניק, דער יינגסטער און לעצטער ביי די עלטערן פון משהן און לוזין. ווען נאָך גאָר אַ פּיצעלע — נאָרמאַל און נאַטירלעך געוואַקסן, ביזן חדר אַריין, ד. ה. ביזן לערנען, — ווי אַלע קינדער. נאָר אין חדר שוין האָט מען שוין גלייך באַמערקט: ער קוקט ניט אויף וואָס מע ווייזט אים, האַלט די אויגן אַרויס פון סידור, אין וועלכן מע לערנט אים, און אַז מע זאָגט אים: „זאָג אַן אלף” זאָגט ער נאָך; „זאָג אַן אלף”, — „זאָג אַ בית”, — דאָס זעלביקע: — „זאָג אַ בית”.

מע האָט די ערשטע צייט געמיינט: ס׳מאַכט זיך, צעשטרייט, אַ קינד אַזאַ, אָבער סוף־כל־סוף, וועט ער זיך בעסערן, אויפמערקזאַם ווערן. דערמיט האָט מען זיך מיט שוועריקייטן געטרייסט אַ יאָר, סיי די רביים, סיי די עלטערן, און אויך מער פון אַ יאָר. דערנאָך האָט מען דערזען: ניין, און מע האָט דאָס קינד גענומען דאָקטערן, היילן מיט פאַרשיידענע מיטלען פון יענער צייט — סגולות, שפּרוכן וכדומה.

ס׳האָט ניט געהאָלפן. עלטערן פאַרצווייפלט. אָבער ס׳ניט צו מאַכן: דאָס קינד וואַקסט תם און גייסטיקער קריפּל. שוין געהאַט זיך מייאש געווען. נאָר פּלוצים, שפּעט שוין, צו זיבן יאָר אַן ערך, האָבן זיך אין איינעם אַ שיינעם טאָג ביים קינד די אויגן ווי אויסגעלייטערט, באַזיניקט געוואָרן. און דאָס קינד האָט עפּעס שאַרפער, ווי אַלע קינדער, צו אַלעם דעם, וואָס קומט פאָר אַרום דעם, זיך גענומען צוקוקן און צוהערן, און מיט אַזאַ דורשטיקייט, גלייך ווי ס׳וואָלט געוואָלט אָניאָגן די פריערדיקע דורכגעלאָזטע יאָרן.

מ׳האָט דאָס גלייך דערזען, און באַלד געאיילט דאָס דורכגעלאָזטע צו פאַרריכטן: מלמדים פון די בעסטע געדונגען, און דאָס קינד האָט ניט געלערנט, נאָר געשלונגען: וואָס אַנדערע פאַר אַ חודש, — ער פאַר אַ טאָג, וואָס אַנדערע פאַר אַ יאָר, — ער פאַר אַ חודש; דער קאָפּ — שאַרף, פייאיקייטן — גוואַלדיקע, אַזוי אַז רביים מיט עלטערן האָבן זיך וועגן דעם, דעם קינד קיין עין־הרע ניט צו געבן, שטילערהייט געסודעט, און כאָטש עלטערן האָבן פאַר אָט דער שאַרפקייט און אויפנעם־פייאיקייט, נישט וויסנדיק פאַרוואָס, איצט נאָך מער, ווי פריער פאַר דער אומפייאיקייט און אָפּגעשטאַנענקייט, געציטערט, ↰ 130 דאָך האָבן זיי מיט זיין וואונדערלעכן וואוקס זיך געפרייט און אַ גרויסע צוקונפט אים פאָרויסגעזען.

אַזוי זיינען אַוועק יאָרן. דער יינגערער ברודער האָט שוין ווייט איבערגעיאָגט די עלטערע ברידער אין לערנען, פלייס און אין יענצייטיקן וויסן און פאַרפולקומונג. און נישט נאָר די ברידער, נאָר אויך אַלע אַנדערע זיין גלייכן, וואָס דאָס איז גלייך אויף גאַנצער שטאָט און אַרום דער שטאָט באַוואוסט געוואָרן.

נאָר פּלוצים, צו זיבעצן יאָר שוין, האָט מיט אים ווידער עפּעס געטראָפן: ווידער אויסגעלאָשן, און ווי אין מוח ביי אים וואָלט עפּעס איינער אַ פאָדעם איבערגעברענט...

דעמאָלט איז דער צער פון דער מוטער (דער פאָטער איז שוין דעמאָלט ניט געווען), פון די קרובים און אייגענע גוואַלדיק געווען. מע האָט זיך דערום מיט אייגענע, היימישע דאָקטוירים שוין ניט באַנוגנט, מ׳האָט זיך מיט אים ערגעץ אין אַ ווייטער רוסישער הויפּט־שטאָט אַוועקגעלאָזט, צו אַ גרעסטן און באַוואוסטן אין יענער צייט דאָקטער, אָדער פּראָפעסאָר, און יענער, — האָט מען דערנאָך וועגן דעם אין דער משפּחה דערציילט, — האָט זיך פריער לאַנג וועגן אַלטערס יוגנט דערפרעגט, וועגן זיינע קינדערשע שלאַפקייטן און חולאתן, און אַ וויילע האָט ער זיך מיט איינער אַ דערציילונג פון דער מוטער פאַראינטערעסירט, וואָס זי האָט דערציילט, אַז איינמאָל, ווען ער איז נאָך גאָר אַ פּיצעלע געווען, איז ער איינגעפאַלן, אַ גרויסע היץ האָט אים אין קאָפּ אַ שלאָג געטאָן, האָבן היימישע דאָקטוירים געהייסן שטעלן פּיאַווקעלעך אונטערן אויער, האָט מען געשטעלט, און מע האָט זיך, דאַכט זיך, פאַרלאָזט אויף אַ דינסט, וואָס האָט ביי אים געוואַכט, און יענע האָט זיי ניט צו דער צייט אַראָפּגענומען... דערנאָך האָט דער פּראָפעסאָר אויף די עלטערן זיך גענומען דערפרעגן, ווער דער פאָטער געווען, פון וואָס געשטאָרבן, און פונעם געפּלאָנטערטן, נישט קלאָרן דערציילן אויף אַ פרעמדער, אומבאַקאַנטער שפּראַך דער מוטערס, האָט דער פּראָפעסאָר דאָך פאַרשטאַנען, מיטן קאָפּ גענומען שאָקלען, באַדויערן:

— אַך, אַזוי, אַזוי, ראַווין, אַסקעט...

און די מוטער איז פון אים, ווי פון דער לעצטער רעטונג־סטאַנציע, נישט קיין געטרייסטע אַוועק, נישט נאָר אויף איצט, נאָר מיט קיין צוזאָג אַפילו אין דער צוקונפט אויף מעגלעכער בעסערונג. און דעמאָלט איז די קרענק אין איר גאַנצער קראַפט אַריינגעטראָטן; מיט גרויסע קאָפּווייטיקן, וואָס פלעגן ביי אים אָפט די ראיה פון די אויגן צונעמען. מע האָט געזען, ער מאַטערט זיך און אוממענטשלעכן כוח ווייזט ער אַרויס, כדי זיי, די ווייטיקן, אָן קולות און אָן קאָפּ־אָן־וואַנט זיך צו שלאָגן איבערצוטראָגן.

דערנאָך האָט ער אויך גענומען שרייען... אָבער שוין אַזוי, וואָס קיין ↰ 131 נאָענטער און קיין פרעמדער האָט דעמאָלט לעבן אים ניט געקאָנט שטיין: מיט קולות פון אַ לעמפּערט, וואָס ס׳דאַכט זיך, אַז אָט באַלד־באַלד וועט ער די קישקעס פון אינעווייניק דורכן האַלדז אַרויסברענגען פון געשריי, און מענטשן האָבן זיך כסדר געחידושט, נישט גלייבן געקאָנט, קענענדיק אים, אַז אַזוינער קאָן אַזוינס אומגעהויערלעכס גאָר פון זיך אַרויסגעבן...

אַזוי ביז ס׳פלעגט אים איבערגיין. דערנאָך פלעגט ער מוראדיק מאַט און בלאַס בלייבן אויף עטלעכע טעג, ווי נאָך אַ שווערן אינערלעכן שטורעם אַן איבערגעלעבטן.

צו יענער צייט האָט זיך שוין אויך זיין ווייטערדיקער און אויף זיין שפּעטערדיק לעבן פאַרבליבענער, אומגליקלעכער, קראַנקער שטייגער איינגעשטעלט: פון צייט צו צייט די אויבן־דערמאָנטע קאָפּ־ווייטיקן און געשרייען, דערנאָך מאַטקייט, דערנאָך געשטילט און אינגאַנצן באַרואיקט, אָבער מיט אַ וואָס אַמאָל, אַלץ ווייטער פאַרטונקלטן באַוואוסטזיין אַפילו שוין אינעם רואיקן פּעריאָד.

ער פלעגט דעמאָלט, אין רו־צייט, שטאַרק נאָך מוזיק זיך ציען. אָפט פלעגט ער פאַרפאַלן ווערן, מערסטנטייל ביינאַכט, ווען אין אַ ווייטסטער גאַס אַפילו האָט מען אין אַ שטוב, אָדער אין דרויסן ערגעץ חתונה געשפּילט, פלעגט זיין אויער אַזוי אָנגעשפּיצט זיין, אַז ווען קיינער האָט די מוזיק ניט דערהערט, ער יאָ, און מ׳פלעגט שוין וויסן אים תמיד, ווען ער איז ניט געבליבן, אויף ווייט־שטאָטישע שמחות אים זוכן.

און ווען ניט קיין שמחות — פלעגט ער אין דער היים אין זיין צימער בלייבן, אָן באַשעפטיקונג זיך אַרומדרייען, דערביי אַמאָל די אייגענע קליידער ביז אַ פאָדעם צערייסן, און אַן אַנדערשמאָל פאַרשיידענע זיך וואַלגערנדיקע שמאַטקעלעך זייער זאָרגזאַם אין גאַנצע בערג צונויפקלייבן; אַמאָל — גוטע נוציקע חפצים פון שטוב פאַרטראָגן און אינעם אומריינעם אָרט זיי פאַרוואַרפן, און אַן אַנדערשמאָל, מיט ווילדער קרענקלעכער עקשנות מינדסטע שטויביקלעך, וואָס האָבן אים געדאַכט שטיקלעך נישט־פאַרקערט מיסט צו זיין, אויפצוהייבן.

פון גרויס אַנגסט איז די מוטער — נאָך נישט קיין אַלטע, נאָר אויף איר זונס אומגליק קוקנדיק, — פאַרשלאַפט געוואָרן און געשטאָרבן. די ברידער האָבן אים דערנאָך צו אַ פרעמדן אויף קעסט־אויסהאַלט און אויף אַרומגיין אַרום אים געזאָלט אָפּגעבן און פון שטוב דערווייטערן. מע האָט עפּעס אַן אָרעמע אלמנה געפונען, איר געצאָלט, אים אָפּגעפירט. אָבער שוין ביים ערשטן באַזוך, וואָס מע איז אין אַ פּאָר וואָכן אַרום, נאָכן אָפּגעבן אים, אַהין געקומען, אויף אים אַ קוק געטאָן, אים געוואויר ווערן — און געקומען צו אים איז אַליין דער ברודער משה — איז ער, אַלטער, צו זיין ברוסט מיטן קאָפּ צוגעפאַלן, זיך געבעטן, מ׳זאָל אים אָפּנעמען. די אויגן האָבן זיך אים אויף אַ ↰ 132 רגע אויסגעלייטערט, ער האָט צוגעזאָגט זיך שוין גוט האַלטן, זיך געטוליעט צום ברודער, ווי אַ באַשטראָפטער, און ביים ברודער האָבן זיך, אויף אים קוקנדיק, טרערן אין די אויגן באַוויזן, און ער האָט אים גענומען און צוריק אַהיים געבראַכט.

פון דעמאָלט אָן איז ער ביים ברודער געבליבן. פריער, איידער משה איז שטאַרק רייך געוואָרן, האָט ער צוזאַמען מיט זיין פאַמיליע אַ ביסל ענגער געוואוינט. איצט, ווען משה איז רייך און ער האָט זיך דאָס געוויסע פּריצישע הויז דערוואָרבן, האָט מען אים אויסגעטיילט אַ קליין אייבערשטיבעלע, וואָס אַ טיר פון דער קיך פירט אַהין אַרויף, דורך טרעפּ, און וואָס פריער, בשעת דאָס הויז האָט געקערט צום פּריץ, איז דאָס צימערל פאַר דער דינערשאַפט באַשטימט געווען, — איצט איז דאָס אַלטערס. אַ קליין פענצטערל איינס קוקט פון צימערל אין סאָד אַרויס, אין יענעם סאָד, וואָס אין הינטערגרונט פון הויף געפינט זיך, און ביי וועלכן אַלטער שטייט אַמאָל אָפּ פאַרטראַכט גאַנצע שעהן. אַהין ווערט אים אַלץ צו זיין באַדאַרף, פון עסן און הלבשה, אַרויפדערלאַנגט, און ער פאַרברענגט דאָרט זיין צייט, בייטאָג און ביינאַכט, כסדר. זעלטן־זעלטן, ווען ער גייט אין שטוב צו די שטוב־מענטשן אַראָפּ, זעלטן־זעלטן אויך ווען ווער פון די שטוב־מענטשן באַזוכן אים אויבן.

און אַזוי איז ער, ווי פריער, געבליבן: פון צייט צו צייט ווידער זיינע געשרייען... ווער ס׳האָט אָבער נאָר באַמערקן געקאָנט, האָט באַמערקט, אַז די קאָפּ־ווייטיקן קומען אים תמיד פון אַ שינוי און וועטער־ענדערונג: זומער — ערב אַ שטורעם, און אויך ווינטער — פאַר וועטער־ענדערונגען.

גרויסע זיינען שוין צו זיינע געשרייען געוואוינט. קינדער, אינמיטן דער שפּיל, ווערן ווי געפּלעפט, און הייבן דערשראָקענע די קעפּלעך אַרויף צו דער סטעליע, וואָס צו דער קיך־זייט געווענדט, פונוואַנען די געוויסע קולות הערן זיך.

דאָס רוב קינדער אָבער ווערן אויך, ווי די גרויסע, צוגעוואוינט, און נעמען זיך, נאָכן ערשטן דערשרעק, ווידער צו דער שפּיל. איינער נאָר, דער שוין אויבן־דערמאָנטער מאירל, איז יענעם טאָג, ווען אַלטער שרייט אויבן, ער אונטן — אַ קראַנקער, אַ בלאַסער. ער איז קרענקלעכער באַווירקט פון אַלע קינדער.

ס׳ציט אים אויך אָפט אַרויף דעמאָלט אויף עלטערן צו קוקן, און אויך אַפילו נישט דעמאָלט, זעט מען אים אָפט אַרויף צו פאַרבלאָנדזשען, צו פאַרברענגען מיט אַלטערן, אויף וויפיל מיט אַזוינע לאָזט זיך נאָר פאַרברענגען.

דערום איז מאירל פון אַלע קינדער ביי אַלטערן אויסגעטיילט. און ווען פון די איבעריקע קינדער קאָן ער און געדענקט אַפילו זייערע נעמען שוואַך, איז זיין, מאירלס, נאָמען, אַזוי ווי די נעמען פון זיינע אייגענע ברידער, אים גוט באַקענט און אין מוח איינגעקריצט.

↤ 133

— מאירל, מאירל, — דערפרייט ער זיך, ווען ער באַגעגנט אים וואו, אָדער באַזונדערס, ווען מאירל באַווייזט זיך אויף דער שוועל צו אים צוגאַסט.

און מאירל האָט, פאַרבייגייענדיק געזאָגט, פאַרגעדענקט, אַז צו יענער צייט פלעגט ער אַמאָל אַלטערן, ביי אים אין זיין אייבערשטיבל, ביי זיין טישל, ביי אַ טינט־און־פּען און איבער פּאַפּיר טרעפן, אָפט אַ שטאַרק־פאַרטראָגענעם, אָבער אויך מיט אַ ביסל זינען פון זיינע אויגן אַרויסקוקן.

ער פלעגט דעמאָלט לאַנג מיט שרייבן פאַרנומען זיין. און אַז מע האָט זיך צופעליק אַמאָל פאַראינטערעסירט, און אַז זיינע פּאַפּירלעך זיינען צו איינעם פון די בני־בית אין די הענט אַריינגעפאַלן, האָט מען געזען: ער שרייבט עפּעס בריוו. תמיד צו גרויסע לייט: צו באַוואוסטע ביבל־נעמען, אָדער צו נעמען, וואָס באַגעגענען זיך אין קבלה־ספרים, וואָס, ווי ס׳ווייזט אויס, האָט ער זיי פאַרגעדענקט, און אַצינד שווימען זיי אויף אין זיינע פאַרטונקלטע חושים, און גאָר אַמאָל ניט צו קיינעם, נאָר צו גאָט אַליין — מיט אַ מין געבעט, אַ טענה, אָדער אַזוי זיך אַ געשעפטלעכע ווענדונג, ווי אַ גלייכער צו אַ גלייכן, וואָס ער האָט פאַר יענעם זיך עפּעס צו קלאָגן, אָדער וואָס צו פאַרטרויען.

איינע אַ קליינע בריוו־קאָלעקציע איז אין שטוב ביי משה מאַשבער אויף שפּעטערע צייטן צווישן די פאַרשיידענע פּאַפּירן, אַדאַנק טאַקע אָט דעם מאירלען, פאַרהיט געגליכן, וואָס ציטירן אַ גאַנצן בריוו פון זיי, אַפילו נאָר איינעם, האַלטן מיר פאַר ניט נייטיק און, איבער פאַרשטענדלעכע טעמים, פאַר איבעריק, נאָר די אַדרעסאַטן זייערע וועלן מיר, צוליב כאַראַקטעריסטיק, דאָ יאָ און פאָרט דערמאָנען.

געשריבן זיינען אַלע יענע בריוו אין העברייאיש, און אָט צו וועמען:

„מכתב לאחיה השילוני”.

„לנבוכדנצר מלך בבל”.

„לרבנו בחיי הספרדי”.

„גבריאל המלאך”.

„מכתב לרזיאל המלאך”.

און אויך אַזאַ איינער, ווי למשל:

„מכתב לאלהים, העונה בעת צרה”. *)

*) „אַ בריוו צו אחיה פון שילו” „צו נבוכדנצר דער מלך פון בבל”, „צו רבנו בחיי הספרדי”, „צום מלאך גבריאל”, „אַ בריוו צום מלאך רזיאל”, „אַ בריוו צו גאָט, וואָס ענטפערט אין אַ שווערער צייט”.

דער אויבן־דערמאָנטער מאירל איז אויך איינער פון די, וואָס האָט פון די ערשטע באַמערקט און פאַרגעדענקט פון יענער צייט דאָס, וואָס שוין אויבן געזאָגט, אַז די ווייטיקן פלעגן אַלטערן תמיד קומען פאַר נאַטור־ און וועטער־ענדערונגען. און דאָס האָט אויף אים, אויף מאירלען, אַזוי געווירקט, אַז אויך ↰ 134 ער איז צו אַזוינע זאַכן פילבאַר געוואָרן, און אויך ער איז מיט אַזאַ סאָרט אומרואיקייט באַשאָנקען, אַדאַנק וועלכער ס׳איז שוין אויף זיין גאַנצן לעבן דערנאָך אים אייגנטימלעך געוואָרן, נישט נאָר נאַטור־ און וועטער־ענדערונגען פאָרויסצופילן, נאָר — ווען ער איז קליין געווען — אויך קליינע שטוב־געשעענישן, און ווען עלטער — אויך געזעלשאַפטלעכע שינוים.

אָבער וועגן דעם שפּעטער, ווען ס׳וועט וועגן מאירלען גערעדט זיין. דערווייל אָבער וועלן מיר נאָר צוגעבן, אַז דאָס, וואָס מאירלען איז אייגנטימלעך שפּעטער, איז שוין עלטערן אויך איצט נישט פרעמד געווען: תמיד פאַר אַ טרעפעניש אין שטוב, פלעגט ער — צי בייטאָג, צי ביינאַכט ס׳האָט זיך געמאַכט — שטיל פון זיין אייבערשטיבל אַראָפּקומען, אויף דער שוועל זיך באַווייזן, שטיין בלייבן און מיט אַן אויסגעלייטערטן באַזיניקטן גליק און מיט אַ פּאָר באַזיניקטע ווערטער אָדער באַמערקונגען זיך אין די רייד אַריינמישן — עפּעס אַ קורצן, קלאָרן זאָג טאָן.

און אַזוי אויך דאָס מאָל אַ ווי די ברידער זיינען דעמאָלט אַזוי אין דער שפּעטער שעה געזעסן ביים טיש און דעם שטילן שמועס צווישן זיך געפירט, אַזוי האָבן זיי פּלוצים פון דער שטוב־שוועל אַראָפּ אַלטערן אין זייער געשפּרעך זיך אַריינמישן דערהערט.

ביידע האָבן זיך באַלד דערשראָקענע פון די ערטער אַ הייב געטאָן, אַנטקעגן עלטערן אויפגעשטאַנען און צו דער טיר צוגעגאַנגען, און באַלד האָט מען אויף דער שוועל פון טיר אַ וואונדערלעך בילד, אַ דריילינג, דערזען:

נאָכן צונויפגיין זיך זיינען אַלע אויף אַ וויילע שטיל געבליבן. ביידע ברידערס בליק צו עלטערן געווענדט, און זיינער — צו זיי. ביידע ברידער האָבן יעדער איינער אַ האַנט אויף אַלטערס אַן אַקסל אַרויפגעלייגט, און אַלטער האָט דעם קאָפּ אָנגעבויגן און צו לוזיס ברוסט אים ↰ אָנעגשפּאַרט... און איין ברודער, משה, האָט צו עלטערן דעמאָלט, ווי אַלעמאָל, ווען ער ווייזט זיך אַ נישט־געבעטענער, געוויינלעך, אין שטוב, ווי מיט געבעט אַ זאָג געטאָן:

— גיי, גיי צו זיך, אַלטער.

און לוזי האָט אים מיט גרויס צער באַקוקט, אים איבערן אַקסל געגלעט און איבער זיין קאָפּ געשעפּטשעט.

— אומגליקלעכע, זינדיקע נשמה אונדזערע...

מיטאַמאָל האָט עפּעס אין לאָדן אַ קלאַפּ געטאָן.

דאָס האָט אין דרויסן, פאַרן גאַנצן הייסן טאָג און דושנעם אויפדערנאַכט, ווי ערגעץ אַן אויסבאַהאַלטענער ווינט — צי ביים ברעג טייך, צי אין הימל־עק, — אויף דער פריי זיך אַרויסגעריסן.

ער, אָט דער ווינט, האָט שוין אַפּנים אַ צייט דערפריער, בשעת די צוויי ברידער זיינען געזעסן, שטיל־פאַרנומענע ביים טיש, אויפן גאַס, אין הויף און אינעם סאָד ביים משהן דעם שטויב געשטויבט און די ביימער דרייענדיק ↰ 135 געוויכערט, נאָר די ברידער האָבן דאָס ניט באַמערקט. אַלטער אָבער, — שטייענדיק אין זיין אייבערשטיבל ביים פענצטער, ווי תמיד אין אַזוינע פאַלן, אָדער אפשר אויך ניט ביים פענצטער — האָט דאָס יאָ באַמערקט און דאָס האָט אים איצט, ווייזט אויס, אַהער אויף אַראָפּ אונטן געבראַכט, און דאָס האָט אויך אַ געוויסער סימן געזאָלט זיין, אַז אויף מאָרגן, אָנהייבנדיק נאָך פון היינט ביינאַכט, גייט שוין דער געוויסער אומגליקלעכער טאָג אויף אַלטערן — מיט די געוויסע קאָפּווייטיקן און געשרייען.

דערווייל אָבער איז ער נאָך רואיק, אַפילו זייער רואיק, צווישן די צוויי ברידער נאָר אַ דריטער געשטאַנען, און נאָכן אָנשפּאַרן דעם קאָפּ אויף לוזין, האָט ער אים דערנאָך אויפגעהויבן און ווידעראַמאָל אַ קורצן זיניקן זאָג געטאָן:

— איז, הייסט עס, בלייבט ער טאַקע אויף שטענדיק אַ היגער, לוזי? אוי, גוט טאַקע, וואָס אויף שטענדיק...

↤ 136

IV
סרולי גאָל

צוליב פאַרשטענדלעכקייט פונעם ווייטער־קומענדיקן, מוזן מיר דאָ אַריינפירן נאָך איינעם אַ פּאַרשוין. מחמת קיצור אָבער גיבן מיר דאָ דערווייל נאָר זיין פּאָרטרעט, און מער אויספירלעך וועגן אים — שפּעטער. דאָס איז סרולי גאָל.

* *
*

סרולי גאָל איז אַ ייד מיט אַן ערד־קאָלירענער קאַפּאָטע. אינדערוואָכן טראָגט ער דערצו אַ זיידן היטל מיט אַ לאַקירענעם דאַשעק — דער איינציקער לאַקירענער דאַשעק אין שטאָט. דערפאַר שבת און יום־טוב איז זיין קאַפּאָטע אַ קאָרטענע, אַ שטאַרק לאַנגע, ביי די לענדן ניט געפּאַסט און פון פאָרנט שפּיליעט זי זיך אויף פיל מער קנעפּ, ווי געוויינלעכע קאַפּאָטעס, און זעט אויס ווי אַ פּוילישן גלחס אַ סוטאַנע. שבת און יום־טוב איז אויך זיין היטל אַ קאָרטנס, אָבער משונה, ווי אַ הויך טורעמל, מיט פאַלשע אויערן־לאַפּן אויף אַרויף פאַרלייגט און אויבן אינמיטן מיט אַ קנעפּל.

ווער נייט עס אים, ווער קליידט עס אים אַזוי? — קיינער ניט. ער אַליין. ער האָט קיינעם, ער פאַרמאָגט גאָרניט, — קיין אייגענע פאַמיליע, קיין דאַך אויפן קאָפּ, און שפּייזט זיך ביי פרעמדע טישן, דער עיקר און מערסטנטייל ביי גבירים.

ער איז אַן אַריינגייער צו זיי. מ׳רעדט זיך אַזוי „אַריינגייער”. אַריינגייער באַטייט, אַז די, צו וועמען מע קומט אַריין, זיינען מער־ווייניקער דעם אַריינקומער גערן. דאָ איז עס ניט אַזוי: סרולין איז קיינער ניט גערן. דער עיקר האָט מען פאַר אים מורא. און מורא האָט מען פאַר זיין מויל. אַז מע מאַכט אים ברוגז, מע רירט אָן זיין כבוד, שילט ער זיך, און פאַר זיינע קללות מוזן אַלע די אויערן פאַרשטעלן: ער שילט זיך מיט שרפה, מיט מגפה, און שטעלט זיך ניט אָפּ פון צו ווינטשן דעם טויט קליינע קינדער אַפילו.

אָפט קאָן מען אים זען, ווי ער שטייט אין אַ הויף פאַר אַ גביריש הויז, אָדער אין גאַס — פאַר אַ גבירישן מויער, דעם קאָפּ אַרויף געווענדט צו אַ דאַך־רינווע, אָדער צו איינעם אַ פענצטער־ווינקל, וואו יאָ שוואַלבן־נעסט מיט שטרויעלעך און פעדערן איז צוגעקלעפּט; שטייט, האַלט דעם קאָפּ פאַרריסן, בורטשעט און שילט זיך.

↤ 137

— שוואַלבן... אויך מיר שוואַלבן. קוקט זיי נאָר אָן... צום בית־המקדש האָבן זיי געקאָנט פייער ברענגען און צום גביר — ניט. ברענט מיטן גביר...

פאַרוואָס ער איז אין כעס — ווייסט קיינער ניט. פון ווען אָן ער פירט אַ לעבן אַ שלעפּערישס — אויך ניט. קיינער שטעלט זיך ניט איין אים צו פרעגן נישט אויף זיין שטאָט, נישט אויף זיין שטאַם און נישט אויף זיין הויזגעזינד. מע ווייסט נאָר, אַז ער איז ניט קיין היגער, אַז מע מוז זיך מיט אים רעכענען, און אַז דערהויפּט נגידים האָבן פון אים אויסצושטיין און ליידן.

אָט שטעלט ער זיך אַריין אין אַ הויז, וואוהין ער וויל, ווען ער וויל, צי גאַנצפרי צו טיי, צי בייטאָג צו מיטאָג, צי שפּעט ביינאַכט צו וועטשערע. זאָגט קיינמאָל קיין „גוט־מאָרגן”, „גוטן־אָוונט” ביים אַריינקומען, קיין „גוטן־טאָג”, „גוטע־נאַכט” ביים אַוועקגיין. זעצט זיך גלייך צום טיש, טרינקט, עסט, וויפיל ער האָט צו זיין זעט נייטיק. וויל ער, גייט ער נאָכדעם גלייך אַוועק, וויל ער, בלייבט ער. מישט זיך זעלטן אין די שטוב־געשפּרעכן, אָבער זיין אויער איז וואַך. מע זעט, ער ווייסט ,וואָס אין יעדן הויז קומט פאָר, און נאָך מער — וואָס עס דאַרף פאָרקומען.

תמיד פילן זיך די שטוב־מענטשן אין זיין אָנוועזנהייט ענג. אַז ער גייט אַוועק, אָטעמט מען אָפּ פרייער. קיינער קאָן זיין ערד־קאָלירענע קאַפּאָטע ניט איבערטראָגן, דעם לאַקירענעם דאַשעק, וואָס איז טיף איבער דער לינקער זייט פּנים און לינקן אויג אַראָפּגערוקט. מע פילט זיך, ווי אַ שווייגנדיקער מתים־טרעגער וואָלט דאָ אין שטוב געזעסן און וואָלט געוואַרט אויף אַ קומענדיקן אומגליק אַרויסצוטראָגן, אָדער, ווי עפּעס אַ פאַרגליווערט גורל־שטיק, וואָס איז אַליין אַן אומגליק.

זעלטן, אַז מע זעט אים באַשעפטיקט. אויסער נאָר, ווען אַ מת, וואו ס׳מאַכט זיך, און דער עיקר ווידער אַ גביר אַ מת — דאָרט איז ער דאָ, דאָרט אויסגעוואַקסן... תמיד איז ער ביי דער טהרה אַ מחותן, נישט ער טוט עפּעס, נאָר ער שטייט און קוקט, ווי מע טוט דעם מת זיין רעכט, און מע זעט, ער האָט, ווייזט אויס, פאַרגעניגן פון דעם, און תמיד איז פון זיין פאַרגליווערט פּנים עפּעס אַ מין הנאה אַראָפּצולייענען.

אַז ער איז באַזונדערס ברוגז אויפן מת דעם גביר, טוט ער אויך דעמאָלט אָן צרות: שלעפּט ליילעכער פון גבירישע פעטן, רייסט אָפּ שמאַטעס, — קלאָמפּערשט אויף דער טהרה נייטיק, פאָדערט איבעריקע ליכט — קלאָמפּערשט אויפן מת אַרומצושטעלן. און אין דער אמתן צינדט ער זיי ניט, נאָר טיילט זיי די אָרעמעלייט, די שלעפּער, וואָס שטופּן זיך, דרייען זיך דעמאָלט אינעם גבירס צעפּראַלטע צימערן אין די מענגעס.

אַן אַנדערשמאָל דרייט ער אויף אומיסטן די קרענטלעך ביי די זודיקע טהרה־סאַמאָוואַרעס, און אַז די שמשים, וואָס וואַרטן אויף זיי, זיי זאָלן הייס ווערן, אויפזידן, באַמערקן דאָס און פרעגן אים:

↤ 138

— וואָס טוט איר עס, ר׳ סרולי?

ענטפערט ער בייז:

— ניט אייער זאַך... ס׳איילט ניט, ער וועט פאַרפאָרן... און נישקשה, זאָל ער נאָך דאָ אַ ביסל שטינקען.

אַזוי ביי אַ מת, אַזוי אויך אויף גבירישע חתונות. ער פאַרגינט זיי ניט זייער זאַט און פאַרגעניגט לעבן, ווי אויך זייערע רוישיקע און טומלדיקע לוויות.

אויף אַ חתונה זיצט ער קיינמאָל ניט, ווי ער וואָלט געקאָנט זיצן, אויבנאָן, אָדער, וואו ער וואָלט געוואָלט, ווייל קיינער וואָלט אים דאָך פון מורא ניט געוואַגט צו דערווידערן, נאָר תמיד מיט שלעפּער, שנאָרער און ביי די סעודה־טישן פאַר קבצנים.

ער פירט דעמאָלט אָן מיט זיי, קאָמאַנדעוועט מיט זיי און רייצט זיי אונטער:

— עסט, עסט, שלעפּער... אין די קויטיקע קישקעס אייערע אַריין.

— עסט, יידן, — זאָגט ער אַן אַנדערשמאָל ווייכער, — עסט זיך אָן און לאָזט זיך איבער, און ווייסט און געדענקט: איר עסט ניט קיינעמס, נאָר גאָטס און אייערס.

און צום סוף סעודה, נאָך דעם, ווען אַלע שלעפּערס זיינען שוין פול און זאַט, זייערע קעשענעס, קלומקעס, טאָרבעס אָנגעשטאָפּט, שרייט סרולי ווייטער צו די שטוב־באַדינער: מע איז הונגעריק. מע זאָל וואָס מער און נאָך און נאָך דערלאַנגען... און אַז אַ פולער טיש איז ווידער אָנגעשטעלט, און אָרעמעלייט האַלטן שוין ביים אַוועקגיין, פאַרטשעפּעט סרולי, כלומרשט אומגערן, אַ פראַנדז פון אַ טישטעך אין אַ קנעפּל פון זיין קאַפּאָטע, טוט אַ גיי און — מיט אים דער טישטעך, מיט אַלעם אָנגעשטעלטן, מיט טרוקענע און נאַסע מאכלים, אַלץ אויף דער ערד, אויפן פּאָל, און האַק־פּאַק מיט אַלע טיש־כלים צעבראָכן.

אָט אַזוי ביי אַ סעודה.

פון כעס, זאָגט מען, איז ער אויך אומגלייביק, סרולי. אויסער פאַר גאָט, זאָגט מען, האָט ער פאַר קיינע צדיקים, גוטע־יידן און אַנדערע גאָטס פאָרשטייער אויף דער ערד קיין מורא ניט. ער לאַכט פון זיי, חוזקט, באַזונדערס פון די באַוואוסטע, צו וועלכע די גבירים פאָרן, אין וועלכע די גבירים גלייבן.

קיין אָרעמע גלייביקע וועט ער קיינמאָל ניט טשעפּען: גלייבן זיי — זאָלן זיי. אָבער גבירים — איז וואָס ער קאָן, וועט ער אַריינזאָגן... אַזוי, אַז ער, סרולי, וואָס תמיד שווייגט ער, וואָס קיינמאָל קאָן זיך קיינער ניט באַרימען, פון אים, אויסער קללות, אַמאָל עפּעס געווען צו הערן, איז אַז ס׳קומט צו דעם, צו אַריינזאָגן גבירים, איז רעכט, ער זאָל פאַר וועמען איר ווילט, פאַר די גרעסטע און רייכסטע, אינמיטן שול און פאַר אַ גאַנץ רעדל עולם, אַרויספאָרן ↰ 139 מיט אַזוינס און מיט אַזאַ שאַרף און בייסיק לשון, אַז אייניקע האָבן מורא דעמאָלט אַפילו אין זיינע פיר איילן צו שטיין, קערעווען אָפּ, זיי זאָלן זיך פון אים, ווי פון אַ צרעת, ניט אָננעמען. און אַנדערע, פאַרקערט, ווערן צוגעזאָטן, קוקן אים אין מויל פאַרגאַפט, קאָנען ניט אַוועקגיין, קאָנען זיך ניט אָפּרייסן.

ער, סרולי, האָט דעמאָלט, אַז ער צערעדט זיך שוין, — וואָס צו דערציילן, און אַנדערע, ווער ס׳וויל נאָר — וואָס צו הערן.

ער איז, זעט אויס, אַ וועלט אויסגעווען, וואָס אַליין ניט געזען, פון אַנדערע געהערט, וואָס ניט געהערט — זיך אָנגעשטויסן, און בכלל האָט זיך געדוכט, אַז זיין אויער הערט דורך ווענט און אויף מיילן.

אַזוי, איז רעכט געווען, אַז מע האָט אים איינמאָל, ווען ער איז אין טראַנס אַריין און דאָס משוגעת איז אים אָנגעקומען, געקאָנט טרעפן אין אַ מיטן גרויסן עולם גלייביקע, ווי ער שטייט און דערציילט אַ מעשה, וואָס האָט זיך געטראָפן אין קיינעם אַ באַוואוסטן צדיקס אַ הויף. וועגן איינער, דעם רבינס אַ שנור, וועלכע האָט דער רבינס זון פיינט געהאַט און מיט אים ניט געוואָלט וואוינען. און דערפאַר, וואָס מע האָט זי קעגן איר ווילן חתונה געמאַכט און אירע יונגע יאָרן פאַרפינצטערט, האָט זי אויך אים, דעם רבינס זונס לעבן, פאַרפינצטערן געוואָלט און פון אים קיין גט ניט געוואָלט נעמען. און ווי אַזוי מע האָט איר דעם גט געגעבן בעל־כרחה, מיט געוואַלט...

פריער מיט גוטן, — און זי האָט ניט געוואָלט, מיט בייזן און סטראַשונקעס — און ס׳האָט ניט געהאָלפן. איר פאָרגעלייגט געלט און זי גליקלעך צו מאַכן — און זי האָט ניט געוואָלט הערן. און דערווייל האָט מען הינטנאַרום הונדערט חתימות פון הונדערט רבנים אַרויסבאַקומען, אַ הסכמה און אַ דערלויבעניש אויפן גט, ווי לויט דער דין פאָדערט... און ווי אַזוי אין איינעם אַ טאָג, נאָך דעם, ווי זי, די שנור, איז לאַנגע יאָרן ביי זיך אין צימער פאַרשפּאַרט געזעסן און קיינעם צו זיך, מחמת מורא, ניט צוגעלאָזט... ווי מע האָט זי נאָכגעיאָגט, ווען זי איז אין יענעם טאָג גראָד אין דרויסן אַרויס, ווי מע האָט געדונגען געוויסע לייט פונעם רבין — און ווי מע האָט זי געפּאַקט, זי צעלייגט און איר אים אַריינגעלייגט... דעם גט — האָט סרולי די מעשה מיט אַ גראָבלעך־צינישן אויסדרוק פאַרענדיקט.

אַן אַנדערשמאָל האָט ער פאַר אַ זעלביקן עולם אַן אַנדער מעשה דערציילט:

ווי אַזוי אויך אין אַ געוויסן „הויף” האָט אַ רבינס אַ יונגער זון אַ נאָך נישט חתונה־געהאַטער דעם רבינס אַ דינסטמיידל, אַ פּאָקאָיאָווע, צורעכט געמאַכט... און ווי מע האָט איר באַצייטנס מיט אַ שטעטלשן טאַמעוואַטן באַל־מעלאָכע חופּה געשטעלט, און דאָס פּאָר אין אַן אַנדער שטעטל אַוועקגעשיקט אויף זיך צו באַזעצן, און ווי אַזוי דערנאָך האָט מען יאָרנלאַנג פון רבינס שטוב ↰ 140 זיי קיצבה געשיקט, — באַצאָלטס און באַלוינונג אויף דעם רבינס שאַנד צו פאַרדעקן...

אמת, סרולי האָט פאַר אַזוינע זאַכן, — האָט מען אין שטאָט געגלייבט און דערציילט, — שוין איינמאָל שיער ניט זיין פּסק באַקומען, אַלנפאַלס, אַן ערנסטע וואָרעניש.

ער איז איינמאָל, האָט מען דערציילט, אין אַ זומער־טאָג געזעסן אין עפּעס אַ שטוב, ביי אַ באַקאַנטן צי ניט־באַקאַנטן, וואָס ניט ווייט פון טייך. האָט זיך מיטאַמאָל אַ כמאַרע אָנגערוקט, אַ שטורעם מיט אַ שטויב און פינצטערניש... און ווי סרולי איז אַזוי דאָרט ביים טיש געזעסן, אַזוי האָט אין האַלב־טונקל פון צימער מיטאַמאָל אַ מוראדיקער קנאַל געטאָן. סרולי האָט געמיינט, אַז דער דאַך פאַלט אויף אים אָדער די ערד האָט זיך געשפּאָלטן. אין דער זעלביקער רגע איז דורך דער אָפענער טיר אַריין אַ שטיק ווייס פייער. סע האָט וויכעריק איבער זיין קאָפּ, ווי אַ פייערדיקער פייגל, אַ פלעכט געטאָן, זיך געדרייט, געדרייט און ווי אַן אויסגאַנג געזוכט, דערנאָך דורכן אָפענעם פנעצטער, וואָס אַנטקעגניבער דער טיר, אין דרויסן אַרויס און פאַרשוואונדן.

ווי סרולי איז ניט קיין דערשראָקענער, נאָר פון אומגעריכטקייט פון ביידע — פונעם קנאַל און פונעם פייער — האָט ער דאָך דערפילט אַ פּוסטקייט און אויסגעהוילטקייט אין קאָפּ. און אַז ער האָט דאָס היטל אַראָפּגענומען און מיט דער האַנט איבערן שאַרבן אַ פיר געטאָן, אַזוי האָבן זיך זיינע האָר, מיטאַמאָל גרוי געוואָרענע און פון די וואָרצלען אַרויס, אויף דער ערד און אויף די קליידער אויסגעשיט.

ער איז אויפגעשטאַנען, צום פענצטער צוגעגאַנגען, צום טייך אַ קוק געטאָן, און דערזען: די אַלטע הונדערטיאָריקע איינגעבויגענע ווערבע ביים ברעג טייך, וואָס שוין פון לאַנג פאַרטריקנט און פאַרהוליאַקעט, איז איין האַלב אירער אָפּגעבראָכן און ליגט אין טייך, און די אַנדערע שטייט און האַלט זיך און ברענט, ווי אַ ליכט אין שטורעם.

ס׳איז אַ דונער און אַ בליץ געווען.

אַז מע האָט עס דערנאָך סרולין פירגעהאַלטן, און גלייביקע האָבן אים געזאָגט:

— זעט, ר׳ סרולי, ס׳איז דערפאַר און דערפאַר, פאַרן רעדן און בליאַוואוסקען, און דאָס האָט מען אייך אַ התראה געגעבן: די האָר, דערנאָך דעם קאָפּ... — האָט ער געלאַכט און בייז געענטפערט:

— האָר!... וואָס דאַרף ער זיי, די האָר... פאַרקערט, ס׳איז אים איצט לויזער און לייכטער און פאַר די מחשבות פרייער. און פאַר זיין קאָפּ זאָל מען זיך ניט זאָרגן, ווייל ווער ס׳זאָרגט, איז אַ נאַר, און זאָל אים זיין נאַרישקייט וואויל באַקומען.

פון דעמאָלט אָן איז אים דאָס היטל אַ ביסל נאָך טיפער איבער דער לינקער ↰ 141 זייט פּנים מיטן דאַשעק אַראָפּגערוקט. פון דעמאָלט אָן שווייגט ער נאָך שטרענגער, ווי פריער, האָט פיינט, וואָס ער האָט פריער פיינט געהאַט, איז אַלץ אין די גבירישע הייזער אַן איינגייער, און זיי, די גבירים, זיינען אים, ווי געזאָגט, זייער ניט גערן.

אַזוי פירט ער זיך פון יאָרן, אַזוי האָט ער זיך מאָדנע אייגענע רעכט צו טאָן, וואָס ער וויל, געשאַפן, וואָס זיינען פון אַלעמען, אויך פון די אָנגעזעענע פון שטאָט, פון די רייכע, צי ווילן זיי יאָ, צי ווילן זיי ניט — אָנערקענט. כאָטש אַ שונא, הייסט דאָס, דאָך האָט ער אַלע רעכט פון איינגייערשאַפט. מערער: ער האָט די רעכט צום רייכסטן טיש, נישט פרעגנדיק און נישט בעטנדיק, צו קומען, האָט די רעכט, וואו ער וויל, ביי וועמען און ווען ער וויל איבערצונעכטיקן, און נישט נאָר איין נאַכט, נאָר אַמאָל, אַז ס׳פאַרגלוסט זיך אים, אַ וואָך און מער, אַ חודש און אויך חדשים, און ס׳איז אים קיין וואָרט ניט צו זאָגן און אים ניט צו דערווידערן.

אַזוי פון לאַנג, אַזוי פון תמיד: צו וועמען ס׳איז זיין שנאה און פיינטשאַפט, ווייזט ער אַרויס, זיין צוגעבונדנקייט און ליבשאַפט אָבער — קיינמאָל, אָדער גאָר אין זעלטענע פאַלן: דער עיקר אין אַ יום־טוב, איין מאָל אָדער צוויי מאָל אין יאָר, צעטאַנצט ער זיך אויף אַ גבירישער סעודה מיט אַ קבצן אַמאָל... ער פירט אים פון הינטערן טיש אַרויס, אָדער שלעפּט אים אָפּ פון אַ טאַנצנדיקער ראָד באַזונדער — אַ קבצן, אַ דערשלאָגענעם און שטענדיק ביי אַ זייט זיצנדיק — צעטאַנצט זיך אַזוי, אַז וויפיל מענטשן ס׳זאָלן דעמאָלט אויף דער סעודה ניט זיין, קאָנען פון אים און פון זיין שותף אין טאַנץ די אויגן ניט אָפּרייסן. ער מוטשעט יענעם אויס, לייגט אים אַרויף אַ האַנט אויף זיין אַקסל און לאָזט אים אַזוי לאַנג ניט אָפּ, ביז יענער און אויך ער קומען אין זיבעטן שווייס אַריין.

דעמאָלט באַפרייט ער אים און קערעוועט זיך צו אים אויף אַ קול, אַז אַלע זאָלן הערן:

— איז געדענק, — זאָגט ער אים, — איך זאָג דיר נביאות... דיר, קבצן, און אויך אַלע קבצנים, אַז אַלע זיי, ווי דו קוקוסט זיי אָן...

און דאָ ווערט ער אַנשוויגן, ווייזט נאָר אויף די גבירים פון שטוב און אויף די געסט זייערע די גבירישע מיט אַ פינגער אַ דראָענדיקן, און מער הערט מען פון אים גאָרניט, אויסער אַמאָל נאָר: „קאַטאָרזשניקעס אויף קייטן”...

באַזונדערע פריינטלעכקייט אָבער ווייזט ער אַרויס אויף אַן אָרעמער חתונה אַמאָל.

ניט קיין געבעטענער, נישט איינגעלאַדן, שטעלט ער זיך אַמאָל אַריין אין אַן ענגער חתונה־שטוב אין סאַמע דער רעכטער אָרעמער גדולה, וואַקסט אויס מיט זיין ערד־קאָלירענער קאַפּאָטע. קיינער קען אים ניט, קיינער ווייסט פון ↰ 142 אים ניט, און אַז מע פרעגט אים, וואָס דאַרף ער, וואָס וויל ער, ענטפערט ער: חתן־כלה פריילעך מאַכן.

— אדרבה... — זאָגט מען.

דעמאָלט באַקומט ער אַרויס פון זיינער אַ הויזן־קעשענע אַ דודע, אַ פּשוט־הילצערנע מיט לעכלער. אַוודאי ערגעץ ביי אַ פּשוטן פּאַסטעך איינגעהאַנדלט — און נעמט שפּילן.

ס׳איז שיין און מאָדנע געזען צו זען, ווי ער שטייט און האַלט זיך. זיכער ניט קיין קלעזמער און בכלל ניט קיין שפּילער פון פאַך, אָבער פינגער ביי אים פלינקע, אויף צו דער צייט אַ לעכעלע אָדער צוויי צו פאַרשטעלן, און אין דער זעלבער צייט אַן אַנדערס איינס אָדער מער צו עפענען. זיין טאָן איז אַ ריינער און תמיד נאָר פון אַ נידעריקן און מיטעלן רעגיסטער.

שטיין פלעגט ער מאָדנע: דער קערפּער האָט אין שפּילן ווי קיין שום אָנטייל ניט גענומען, נישט דער קערפּער, ניט דאָס פּנים — מיט קיין מינע און קיין מינדסטן ריר נישט, און אינגאַנצן ער איז געווען ווי פאַרגליווערט, אַזוי אַז די, וואָס האָבן ביי זיין אָנקומען, בעת זיין וואונטש אין דער שמחה זיך באַטייליקן און בעת זיין אָנהייבן שפּילן, געוואָלט שמייכלען, ווי בכלל מע שמייכלט פון אַ ביליקן בדחן און פון אַ הייזערגייערישן מאַרשעלעק, האָבן נאָכדעם, אַז ער האָט שוין. שפּילנדיק, די דודע ביים מויל געהאַלטן, קוקנדיק אויף אים, זיך פאַרוואונדערט און אַ ביסל זיך שוין געשראָקן פאַר אים און פאַר זיין פאַרגליווערטקייט. ער אָבער האָט זיך אויף קיינעם ניט אומגעקוקט, גלייך נישט קיין מענטשן־רעדל איז פאַר אים, נאָר אַ הוילער, פּוסטער חלל.

און געשפּילט האָט ער טרויעריק, אַזוי אַז ווייבער מחותנתטעס אָדער בכלל ווייבער, וואָס זייערע הערצער זיינען זיי ווייך, האָבן, באַלד דעם פרעמדן יידן פאַרגעסנדיק, פון דעם טרויעריקן ניגון גענומען וויינען.

ער האָט געשפּילט שטיל, און מיטן פּראָסטן אורעלטערישן פּאַסטעכישן אינסטרומענט האָט ער אַריינגעבראַכט אין יענער שמחה־שטוב אַזוינס, וואָס זי האָט קיינמאָל צווישן אירע ווענט קיין מינדסט דערפון ניט געהאַט און ניט געהערט: — פון פעלד, פון וואַלד, פון גרינער לויטערער און אויך פאַרוואָלקנטער רחבות. און עולם מחותנים און געסט האָבן זיך גלייך דערפילט, ווי אַן אַנדער וועלט אַריבערגעטראָגן, און האָבן אין זייער פריערדיקער, נאָרוואָס פאָרגעקומענער שמחה אין שטוב פאַרגעסן.

דאָס לעצטע אָבער האָט סרולי, כאָטש ער האָט געקאָנט און איז בכוח געווען — דעם עולם אין אַלץ פאַרגעסן צו מאַכן — קיינמאָל ניט געטאָן און לאַנג מיט זיין כוח און קענטעניש ניט מיסגעברויכט.

און געווען איז תמיד אַזוי: ווי נאָר ער האָט געזען, אַז דער עולם איז שוין אין די הענט און אין רשות ביי אים, אַזוי האָט ער יעדעס מאָל אינמיטן דאָס שפּילן איבערגעריסן און, נישט באַמערקט פאַרן עולם, וואָס איז פאַרכאַפּט ↰ 143 געווען, האָט סרולי דעם איבערגאַנג פון שפּילן און אויפהערן ווי אין אַ מין פאָקוס פאַרוואַנדלט: דער עולם האָט נאָך געגלייבט אים מיט דער דודע ביים מויל צו זען און איר שפּיל צו הערן, ווען אין דער אמתן האָט ער שוין פאַרענדיקט און די דודע איז שוין ביי אים אין קעשענע געלעגן.

דעמאָלט איז דער עולם נאָך מער אָפּהענטיק געוואָרן און פונעם פאָקוס מיטן פאַרשוואונדענעם אינסטרומענט געפּלעפט, און איידער דער עולם האָט זיך באַוויזן אַרומצוקוקן, אַזוי איז שוין סרולי מיט אַן אויסגעשטרעקטער האַנט לעבן דער כלה געשטאַנען, גלייך ווי ער וואָלט ביי איר געצאָלטס פאַרן נאָר־וואָסיקן פאַרוויילן געפאָדערט. אין דער אמתן אָבער קיין געלט, קיין געצאָלטס, נאָר — „צאָל מיט אַ טאַנץ, כלה” — פלעגט ער זאָגן... און אַז די כלה האָט זיך אַ וויילע פאַרלוירן, נישט געוואוסט וואָס צו טאָן — צי צאָלן, צי אָפּזאָגן, פלעגט סרולי מיט אַ צווייטער האַנט אויסגעשטרעקט צום אַרומיקן עולם זיך ווענדן, ווי זיך אָנפרעגנדיק און טענהנדיק צו אים: צי איז ער גערעכט צי נישט אין זיין פאָדערונג?

— אַוודאי, אַוודאי, — האָט דער עולם סרולין אונטערגעהאַלטן.

און די כלה איז מיט סרולין אַ טאַנץ געגאַנגען. און אויך מיט איר, מיט דער כלה, האָט סרולי געטאָן דאָס זעלביקע, וואָס מיט יענעם קבצן אויף אַ גבירישער סעודה אין אַ יום־טוב אַמאָל: אַזוי לאַנג געטאַנצט, ביז יענע, די כלה, האָט זיך פון די כוחות אַרויסגעשלאָגן... דערפאַר אָבער האָט זי אָט דעם יידן מיט דער ערד־קאָלירענער קאַפּאָטע אויף איר גאַנץ לעבן דערנאָך פאַרגעדענקט. און איר טאַנץ מיט אים אויף לאַנגע ערנסטע און שווערסטע יאָר מיט אירע איינציקע בעסטע חתונה־ און יוגנט־זכרונות געבונדן.

מע פלעגט אים דערנאָך אויפנעמען, זעצן אויבנאָן צום טיש, אים דערלאַנגען וואָס נאָר ס׳איז געווען פאַר דער חתונה אָנגעגרייט. און דערפאַר פאַרן אַוועקגיין, נישט אויסוואַרטנדיק זיך קיינמאָל אויפן סוף פון דער חתונה, פלעגט סרולי יעדעס מאָל אַ מחותן אָדער אַ מחותנתטע אין אַ זייט אַריין אָפּרופן און איר אין דער האַנט אַריין אַמאָל אַ זילבערן קערבל־שטיק אויף דרשה־געשאַנק אַריינרוקן, אָדער גאָר אַמאָל אַ בעכערל צי אַן אַנדער חפץ אַ זילבערנעם.

צי ס׳איז זיין אייגנס געווען, אָט דאָס געלט אָדער די חפצים די געשענקטע — ווייסן מיר ניט. נאָר אויב צוליב דעם צוועק איז, ווי מע האָט דערציילט, אין אַ גבירישן זילבער־שראַנק אַן אָרט פון איינעם אַ קליינעם חפץ אַמאָל ליידיק געבליבן, מאַכט אויך ניט אויס, און ניט מיר, ניט דער גביר, ניט קיינער, און באַזונדערס ניט סרולי אַליין, וועלן זיך געוויס דערויף ניט זעצן וויינען.

...אַ מערקווירדיקער ייד, אָט דער סרולי: אַ צעדרייטער, אַ ווידערשפּרעכיקער ↰ 144, מיט פיל שפּיצן, ווי אַ שטעכלקע. דערפאַר איז אים ניט אָנצונעמען, ניט צו באַנעמען געווען...

ס׳זיינען געווען אייניקע, וואָס האָבן, רעדנדיק וועגן אים, אַמאָל אַפילו אַ געדאַנק אַרויסגעזאָגט, אַז ווי זיי דאַכט, שטאַמט ער, ביי זיין גאַנצער שנאה צו גבירים, גאָר אַליין פון זיי, קער זיך אָן אָדער האָט זיך אַמאָל אָנגעקערט מיט זיי גאָר נאָענט.

דאָס האָט מען געוואָלט אַרויסדרינגען פון אייניקע זיינע פּאָסטעמקעס, מינעס און געוואוינשאַפטן, און דער עיקר פון זיין גרויסהאַלטערישקייט, פון זיין האָנאָרעוואַטער מילדקייט. ער האָט זיך אַמאָל געקאָנט פאַרגינען אַזאַ זאַך, ווי אויסטאָן אינמיטן מאַרק די שטיוול און זיי אָפּגעבן אַ פרעמדן מענטשן — צי טאַקע אויף יענעמס באַלדיקן געברויך, ווייל יענער איז געווען אָן שטיוול, צי זיי צו פאַרקויפן, כדי אויסצולייזן דעם מענטשן פון אַ צרה, וואָס האָט אים געטראָפן, ווי אַ גנבה, אָדער פון אַן אַנדער נויט.

אַן אַנדערשמאָל איז רעכט געווען, ער זאָל אַזוי לאַנג ראַטעווען אָרעמע בעבעכעס פון אַ ברענענדיקער שטוב, ביז די ברעמען און די באָרד האָבן זיך אים גענומען סמאָליען.

אַ דריט מאָל רעכט — אַז ער האָט זיך פּלוצים גענומען אַמפּערן מיטן גרעסטן און באַוואוסטן רב אין שטאָט וועגן איינער אַ שאלה, וואָס אַן אָרעמע פרוי האָט געבראַכט. ס׳האָט זיך געהאַנדלט וועגן אַ געקעכץ פאַר דער אָרעמערס אַ קראַנקן.. און אַז דער רב האָט אים סוף־כל־סוף גובר געווען און דאָס געקעכץ פאָרט טרייף געמאַכט, האָט סרולי ביי דער פרוי, וואָס האָט שוין געהאַלטן ביים אַוועקגיין, געפרעגט וואו זי וואוינט, און באַלד טאַקע האָט ער זיך צו איר באַוויזן און איר אַן אַנדער געקעכץ, אַ בעסערס און רייכערס געבראַכט. געזאָגט האָט ער, אַז דאָס האָט איר דער רב צוגעשיקט אָנשטאָט דעם טרייף־געוואָרענעם, ווען אין דער אמתן האָט ער דאָס אַליין מיט זיינע אייגענע הענט פון דער רביצין מיט געוואַלט און ביגראַנדע אויף דער קיך אַרויסגעריסן; דערביי האָט ער זיך מיאוס געזידלט, אַז דער דין, האָט ער געשריגן, — איז ד... און אויב נישט, האָט ער געזאָגט, איז נישקשה, זאָל דער רב פאַר אים, פאַרן דין, אויך אַמאָל צוליידן און אַמאָל כאָטש איינעם אַ מיטאָג נישט דערעסן.

דאָס — איין משוגעת, און אין דעם זעלבן טאָג טאַקע דאָס צווייטע: ער האָט באַלד ערגעץ געלט געקראָגן און דער רביצין פאַרן זעלבן מיטאָג, וויפיל ער האָט געדאַרפט קאָסטן, מיט אַ ליבלעכן דאַנק אומגעקערט.

— און זאָל זי ניט זיין... קיין רביצין, — האָט ער, אַוועקגייענדיק, מיט חוזק זיך צו איר געווענדט.

אין שטאָט, אַז מע האָט פון אָט דער לעצטער מעשה דערהערט, האָבן אייניקע זיין חוצפּה באַוואונדערט, אַנדערע האָבן מיט הנאה און מיט פאַרגעניגן ↰ 145 געלאַכט. אָבער אַלע אָן אויסנאַם האָבן זיך געחידושט: זע, ווער האָט זיך געריכט? ער, סרולי, וואָס קיינער האָט אים קיינמאָל קיין ספר אַפילו אין די הענט האַלטן ניט געזען, גלייך ער ווייסט אַפילו ניט, ווי אַזוי מע האַלט אים, האָט זיך פּלוצים איינגעשטעלט מיט אַזאַ באַוואוסטן, מיט אַזאַ גרעסטן זיך פאַרמעסטן און אין לערנען גאָר אַמפּערן.

אָט אַזוינע שטיק, מאָדנע גענג און קאַפּריזנע האָט ער אַלעמאָל אַלץ נייע אַרויסגעוויזן, וואָס דעם עולם האָט עס שטאַרק פאַרחידושט. ער אָבער האָט לאַנג צו חידושן זיך ניט געלאָזט, און תמיד, ווען ער האָט דערזען, אַז די נייגעריקייט צו אים ווערט גרעסער, פלעגט ער דעם קאָפּ ווי אין די אַקסל אַריינציען, אויף זיך אַ שטאַרקע בייזקייט אָנלאָזן, קיינעם צו זיך ניט צוגעלאָזט, דאָס אויסטערלישע און חידושדיקע געזען פאַררייבן, ס׳זאָל דערפון קיין זכר ניט בלייבן, און אויף מאָרגן, איבערמאָרגן — פאַרגעסן און קיין שפּור דערפון...

און נישט נאָר איינציקע שפּיצן, ווען זיי האָבן זיך קעגן זיין ווילן אַמאָל ווי פון זיינע באַהעלטענישן אַרויסגעשטעקט, האָט ער נישט געוואָלט, נישט דערלאָזט, זיי פאַרריבן און ווי מיטן פוס פאַרטראַטן — מערער: סרולי האָט אָפט געזען זיך אַליין, זיך אינגאַנצן צו פאַררייבן: ער פלעגט אַלע יאָר אויף אַ היפּשער צייט, אויף היפּשע חדשים גאָר אינגאַנצן פון שטאָט און פון אַלעמענס אויגן פאַרשווינדן.

מ׳ווייסט ניט פאַרוואָס, צי דערפאַר, ווייל די שטאָט פלעגט אים נמאס ווערן, צי זיין אייגן אומגיין אַלע טאָג איבער אַנדערע הייזער פון שטאָט און זיין כעס אויף זיי, צי דערפאַר, וואָס ער האָט אפשר טאַקע באמת עפּעס צו פאַרשטעלן געהאַט, און יעדעס מאָל, ווען ס׳האָט אים געדאַכט, אַז ער איז שוין צו לאַנג אויף מענטשנס אויגן אָפּגעווען, האָט ער זיך געזען אַרויסרוקן און נישט צו בלייבן.

וואָס די סיבה זאָל ניט זיין, נאָר אַלע יאָר פלעגט עס מיט אים טרעפן, מערסטנטייל נאָך ווינטער, ווען די לעצטע שנייען זיינען שוין צעגאַנגען, לעצטע בלאָטעס האָבן זיך שוין אויסגעטריקנט... אָבער אָפט נאָך שפּעטער, אָנהייב פרילינג, ווען די לופט צעעפנט, ווען בעז און קאַשטאַנען־ביימער הייבן זיך שוין אָן צעלאָזן און צעפּיקן, ווען אַלע שטרעקעס ווערן העל־דורכזיכטיק, פאַרוואָרלאָזט־פאַרבלאָזענע ווינטער־ראָגאַטקעס און טראַקטן — אויפגעריסן, און דאָס אויער פאַרנעמט שוין פון הימלישער הייך אַראָפּ דעם שטילן און געהיימען רויש פון מחנות ווילדע גענדז, בושלען, רייערס און אַנדערע, וואָס קערן זיך אום פון פרעמדע לענדער, היימיש און אין היגן קאַנט און לאַנד צו נעסטן.

אָט דעמאָלט, האָט מען געזען, פלעגט סרולי ווי אָנגעשפּיצט זיין, פאַרטראַכט, זיין בליק בלאָנדזשעט אום אַ צעמישטער, אויך זיין געהער, ווי טאָפּלט ↰ 146 וואַך, אָנגעשטרענגט, גלייך ער שפּירט עפּעס אַ לאַנג־דערוואַרטע ידיעה פון ערגעץ.

דעמאָלט פלעגט ער, אין אַ שיינעם פרימאָרגן, פון קיינעם קיין אָפּשייד ניט נעמען און קיינעם וועגן זיין באַשטענדיקע באַהאַלטענע באַשלוסן קיין וואָרט ניט זאָגן, זיינע אַ באַשטענדיק־אָפּגעהיטע און צו דעם צוועק אַ פאַרבאַהאַלטענע טאָרבע פון זיין אָרעמען זאַכן־סקאַרב אַרויסבאַקומען, אַריינלייגן אין איר, וואָס נאָר עס האָט אין איר געקאָנט אַריין, און דאָס, וואָס אַזאַ איינער, ווי ער, סרולי, האָט צו זיין וועג־געברויך נייטיק. ער פלעגט די טאָרבע אויפן רוקן פאַרוואַרפן, אַרויס פון הויף, וואו ער האָט די לעצטע נאַכט איבערגענעכטיקט, גאַנץ פרי און אָן אַ זיי־געזונט. אַמאָל נאָר פלעגט ער, אַרויסגייענדיק פון הויף, זיך צוריק צו אים אויסקערעווען און צום געזעגענען אים אַ פייג שטעלן, נאָכאַמאָל זיך אויסקערעווען און — נאָך אַ פייג. דערביי איז אים דאָס היטל מיטן לאַקירענעם דאַשעק מער אָנגערוקט געווען אויף דער לינקער זייט פּנים, ווי געוויינלעך, די קאַפּאָטע צעשפּיליען און אַזוי מיט דער טאָרבע אויפן רוקן, האָט ער דעמאָלט, — קיינעם ניט באַגעגענענדיק, און ווען יאָ, קיינעם זיך ניט גריסנדיק, — די שטאָט דורכגעשניטן און איז זיך אויסער דער שטאָט אַרויס.

ס׳איז אַ בילד געווען צו זען, ווי סרולי שפּאַנט! תמיד אינמיטן באַוואוסטן שליאַך, וועלכן ער האָט אויף יעדעס מאָל פון שטאָט אַרויסגיין באַליבט. באַליבט דערפאַר, ווייל יענער איז געווען גלייך, גלאַט און ווייס־שאָסייט. און אויך דערפאַר, ווייל ער ליגט עטוואָס נידעריקער פון דער שטאָט, און ווען מע גייט אויף אים אָפּ אַ געוויסע שטרעקע, קאָן מען זיך אויסקערעווען און די גאַנצע שטאָט אַ דערווייטערטע דערזען און מע קאָן אויך איר, דער גאַנצער שטאָט, אויף געזעגענען אַ פייג שטעלן...

ער האָט זיך שטענדיק אין וועג אין דער מיט געהאַלטן. ער האָט קיינמאָל נישט פאַר קיין פּשוטער פּויערשער פור נישט אָפּגעקערעוועט, אויך נישט פאַר ניט קיין פּשוטער: ווער ס׳זאָל ניט זיין — אַ סוחרים פערד־און־וועגעלע, אַ פּריצישע קאָטש, אַפילו נאַשפּיץ געשפּאַנט. און ער האָט נישט איין מאָל פאַר אַזאַ זאַך, פאַר נישט וועלן אָפּטרעטן, פון אַ פּריצישן קוטשער מיט דער בייטש געקראָגן, מיטן הסכם טאַקע פון דעם פּריץ אַליין, וואָס האָט דעם קאָפּ פון דער קאַרעטע אַרויסגעשטעקט און דעם קוטשער באַפוילן נאָך און נאָך איבערחזרן.

ער האָט אויסגעזען אין וועג, ווען דער ווינט איז אים געווען אין פּנים, צעפלאָכטן, די פּיאות צעפלויגן און מיט די פּאָלעס פון דער קאַפּאָטע אויף הינטן אַריבערגעבלאָזן, ווי אַ טייוול פון דער קייט זיך אָפּגעריסן... און ווען פון הינטן, אַז מע האָט אים אָנגעיאָגט, איז ווען יאָ אַ ווינט צי ניט קיין ווינט, האָט ער, ווידער נישט אָפּטרעטנדיק, מיט דער טויבער, גלייכער פּלייצע ↰ 147 געשראָקן, מיטן פאַרגליווערט־סטראָציקן גאַנג, וואָס באַמערקט קיינעם ניט און הערט זיך ניט צו צו דעם, וואָס הינטן טוט זיך, — און מע האָט אים ווייטער אָפּגעטראָטן.

דאָס איז, ווען עס באַגעגנט אים יאָ עמעצער. מערסנטטייל אָבער איז צו יענער צייט — פרילינג — איבער דער פעלד־אַרבעט אויפן שליאַך קיינער ניטאָ, און סרולין גייט דער טאָג איבער אָן שום טרעפענישן ,אין הוילן פאַרגעניגן נאָר פון דער וועג־שטילקייט, וואָס ער האָט דערפון די אויערן פול, און אַמאָל אויך פונעם הודיען פון די טעלעגראַף־דראָטן פון דער איינציקער טעלעגראַף־ליניע פון יענעם קאַנט, דורך יענעם וועג דורכגעלייגט, און אין יענעם טאָג האָט סרולי קיין עסן, קיין טרינקען ניט באַדאַרפט. אויך רו איז אים געווען איבעריק, ווייל ס׳איז געווען הוילער, ספּעציעל פאַר אים געשאַפענער, פון דער שטאָט באַפרייענדיקער יום־טוב.

און ערשט צום סוף טאָג פלעגט ער פון שאָסיי אין אַ זייט אָפּקערעווען צו אַ קליין דערפעלע, „דוואָרעץ” מיטן נאָמען, דורך וואַנען זיין וועג איז אים געלעגן צו יענע ישובים אין די פאַררוקטע וועלדער פון דונעשי און שומסק, דאָרט וואו זיינע באַקאַנטע איינציקע אַרענדאַרעס, שענקערס האָבן געוואוינט, און וואו ביי זיי פלעגט ער אָפּזומערן, און אַ שטיק צייט אין די היפּשע חדשים פאַרברענגען.

שפּעט אין אָוונט פלעגט ער זיך דעמאָלט אין אַ שומסק, אָדער אין אַן אַנדער דערפל, אין זיינער אַ באַקאַנטער אַרענדאַר־שטוב אַריינשטעלן, וואו מע האָט אים שוין געקענט און נאָך פון פאַראַיאָרן געדענקט.

ער האָט די טאָרבע אָפּגעלייגט. באַלד פון די פרום־פאַרגרעבטע אַרענדאַרעס צו אַן אָוונטיקער סעודה איינגעלאַדן געוואָרן, צו וועלכער ס׳איז תמיד פריש קאָרן־ברויט מיט סמעטענע אָדער זויערמילך דערלאַנגט געוואָרן.

ער האָט זיך דערפרישט דערפילט, און די דאָרפישע מנוחה איז אים אין די ביינער געקומען — די שטילקייט, די בנעימותע רייד פון די אַרענדאַרעס און דער גרויסער דרך־ארץ, וואָס זיי האָבן אים, ווי יעדן גרויסשטאָטישן, אַנטקעגן געטראָגן; יענע זעלטענע מנוחה פון דער דאָרפישער אַרומרינגלונג — פון דער אויפן־קאָפּ־ליגנדיקער שטוב, וואו ס׳האָט שטענדיק געשמעקט מיט פּשוטן שענק־בראַנפן, מיט וואַסער פון אַ פאַרדומפּענער קרעניצע, מיט שטוביקע עופות, ווי הינער, גענדז, וואָס זיינען צו יענער צייט, נאָכן ווינטער, פון די אייער אַראָפּ און האָבן שוין קליינוואַרג אויסגעפירט. מע האָט זיי אונטערן פּריפּעטשיק געהאַלטן, פונוואַנען ס׳האָט זיך תמיד, אַפילו אין אָוונט, אַ שטיל, קוים־קוים פּישטשען פון די נאָר־וואָס אויסגעזעסענע אַרויסגעהערט.

ס׳איז אים גוט געווען, סרולין, שוין דעם ערשטן אָוונט, ווען ער איז אין דאָרף אָנגעקומען, באַזונדערס נאָך אויף מאָרגן מיטן טאָגלעכן, מיטן ערשטן ↰ 148 געשריי פונעם פּאַסטעך הינטער די פענצטער, וואָס רופט צונויף און זאַמלט די טשערעדע, מיטן זון־אויפגאַנג און טוי, מיטן שטילן אויפוואַכן פון דאָרף צו אַרבעט, מיט די פרויען, וואָס גייען וואַסער שעפּן, און מיט די שטיל־פאַרשעמטע פּויערשע קינדער אין טאַטישע הימלען, וואָס שוין פון גאַנצפרי האָבן ניט וואוהין די קינדערשע צייט אַהינצוטאָן.

דאָס אַלץ האָט אים גרויס פאַרגעניגן פאַרשאַפט, און דער ערשטער טאָג האָט אים שוין גלייך און אינגאַנצן די שטאָט געמאַכט פאַרגעסן און זיין כעס אויף איר, און מען מעג שווערן, אַז סרולי איז דעמאָלט אויך אַ שטיק אַנדערער געוואָרן: דאָס בייזע איז אַוועק, דער דאַשעק ניט אַזוי אָנגערוקט איבערן פּנים, דער אומצוטרוי, דער אומגלויבן און ביי דער זייט פון אַלעמען זיך האַלטן, וואָס האָט כסדר געפונען שאַרפן אויסדרוק אין זיין גיין, שטיין און קוקן, איז איצט פיל געלינדערט געוואָרן. און אויסגעדריקט האָט זיך עס איצט אין זיין דאַוונען, וואָס ער פלעגט אין שטאָט דערפון מאַכן בקיצור, דאָ פלעגט ער לאַנג, שטייענדיק אין טלית פאַרן פענצטער, אין דרויסן אַרויסקוקן, און אָפט אויך אַפילו בשעתן דאַוונען און אַרויסקוקן זיך גוט צעשמייכלען. ס׳האָט זיך אויך אויסגעדריקט אין זיין באַגיין זיך מיט די באַלעבאַטים אַרענדאַרעס, ביי וועלכע ער האָט זיך אויף קעסט און אויסהאַלט געפונען,וואָס כאָטש ניט איבעריק צוגעלאָזט צו זיי, כאָטש ניט איבעריק און ניט גאָר היימיש, דאָך האָט ער נישט בייז געברומט, נישט הינטנאַרום פאַרפרעמדט געקוקט, און ביים צוגיין נאָענט און זיך ווענדן צו אים, האָט ער קיין איבעריקע שטעכלקעס אויף יענעם צו באַגעגענען ניט אַרויסגעלאָזט.

אַזוי אַ טאָג, צוויי, אַ וואָך און מער — אויף איין אָרט, אין איין ישוב. דעמאָלט פלעגט ער אין אַ צווייטן אַוועק — ווידער צו אַ פאַראַיאָריקן באַקאַנטן, ווידער אין אַ שטילן דאָרף ערגעץ, אין אַ שוין מער פאַררוקטן אין יענעם קאַנט דעם וואַלדישן, וואו די זון קאָן לאַנג אינדערפרי פון צווישן די ביימער ניט אַרויסקריכן, און וואו פאַרנאַכט ווערט זי פאַרשוואונדן פיל פריער, ווי אין אַנדערע, פלאַכלאַנד־ און סטעפּ־ערטער.

וואָס טיפער ער האָט אין יענער געגנט געצויגן, זיינען די ישובים אַלץ קלענער און אָפּגעזונדערט־איינזאַמער געוואָרן, אַלץ מער זיינען די שליאַכן נישט מיט קיין טיף־איינגעטראָטענע און איינגעפאָרענע סימנים אין דעם ערדבאָדן פאַרשניטן: אַלץ ווייניקער האָבן פּויערים אין יענער פאַרוואָרפעניש אַ לעבעדיקן שטאָט־מענטשן ווען געזען, און ווען יאָ, האָבן זיי געקוקט אויף אים, גלייך ווי ער וואָלט פון אַן אַנדער לאַנד אַראָפּגעקומען; אַלץ מער האָבן אויך יידישע אַרענדאַרעס פאַרפרעמדט און אָפּגעריסן פון שטאָט־מענטשן זיך געפילט, ווייל זעלטן האָט צו זיי אַמאָל אַזאַ איינער אַראָפּגעקוקט, און נאָך זעלטענער — זיי צו אַ שטאָט.

גרויס עם־הארצות האָט דאָרט געהערשט, פינצטערניש און יידיש־פּויערישער ↰ 149 אבערגלויבן. און סרולי פלעגט שוין דעמאָלט אַמאָל צו אַזאַ אַרענדאַר אָנטרעפן, וועלכער האָט דער אַלעמען באַוואוסטער דאָרף־מכשפה קיין בראַנפן נישט געוואָלט פאַרקויפן, ווייל, האָט ער זיך פאַרענטפערט, ווען ער האָט איר איינמאָל יאָ פאַרקויפט, אַזוי האָבן זיך אין דער גאַנצער פאַס בראַנפן און אין יעדן איינציקן גלעזל באַזונדערס, וואָס מע האָט אָנגעגאָסן, לאַנגע גרינע שפּילקעס באַוויזן, פון וועלכע אייניקע פּויערים זיינען דערנאָך נאָר מיט בויך־גרימעניש אָפּגעקומען, און אַנדערע גאָר אַוועקגעשטאָרבן.

דאָרט האָט יעדער יידישער אַרענדאַר אויף זיין יידיש לשון, פּויערשע מכות און קרענק אָפּגעשפּראָכן, און, פאַרקערט, פּויערים — יידישע קרענק אויף זייער שפּראַך.

דאָרט האָבן זיך ביינאַכט אין די קרעניצעס ליכטלעך באַוויזן, אַרום די קרעניצעס האָבן זיך שקאַפּעס מיט קרוינען אַרומגעדרייט, און אויף נאָענטע און ווייטע וועגן אַרום האָבן שדים אויף פערד אָן זאָטלען און אָן צוימען געריטן. און דורך אומבלאָנדזשענדיקע פייערלעך ביינאַכט פי און מענטשן אין די בלאָטעס פאַרפירט, אויף צו פאַרריזנעט ווערן און שוין קיינמאָל ניט אַרויס פון דאָרט — אָדער אויף אומצוקומען, אָדער גאָר אַ קייסער אויף די זשאַבעס צו ווערן...

אַזוינס און נאָך ענלעכעס פלעגט דאָרט סרולי אָנטרעפן, און סרולי האָט זיך, נישט געקוקט אויף זיין ליבע צום דאָרף, שוין שטאַרק געענגט געפילט, ווי די לופט וואָלט אים ווייניק געוואָרן און ס׳האָט אים גענומען וואַרגן...

מערסטנטייל פלעגט דאָס שוין סרולין טרעפן אין אַ לעצטן דאָרף פון יענע דערפער, וואָס פון דאָרט וועט ער זיך נאָך לאַנגן זומער־פאַרברענגען אַהיים אין שטאָט אומקערן; דאָרט, וואו צווישן די געציילטע הייזער איז אויך געשטאַנען אַן איינציקע יידישע שטוב מיט שטרוי באַדעקט, ווי למשל, מנשה טריעדיערס: אַן אַלטער עובר־בטלער ייד, וואָס איז געזעסן ביי די קינדער אויף אויפהאַלט, און וואָס דעם גאַנצן זומער פלעגט ער פאַר דער שטוב אויף אַן אויסגעשפּרייטן לאַנטעך אויף דער ערד שוין אָפּליגן... אַ טויבער, וואָס האָט ווייניק געהערט און נאָך ווייניקער פאַרשטאַנען. און דאָס איינציקע, וואָס איז אין אים יאָ פון פאַרשטאַנד פאַרבליבן, איז געווען, וואָס יעדן מענטשן, וואָס פלעגט זיך צו אים דערנעענטערן, פלעגט ער אַן אומזיניקע האַנט אויף שלום דערלאַנגען, פאַרגעסנדיק אַלעמאָל, אַז ער האָט שוין דעם זעלבן איינעם, אינעם זעלבן טאָג שוין וויפיל מאָל די האַנט ביז נמאס ווערן אויסגעשטרעקט.

אָט ביי אים, ביי דעם מנשהן, למשל, האָט מען סרולין פון גרויס לאַנגווייל דעמאָלט שוין געקאָנט טרעפן זיצן, ווי ער שרייט אים אין טויבן, פאַרמאַכטן אויער אַריין, נאָך דעם, ווי יענער האָט, לויט דער אַלטער דאָרפישער געוואוינשאַפט און מיטן לעצטן ביסל זיניקע ווערטער, וואָס זיינען אים נאָך געבליבן, ביי אים, ביי סרולין, געפרעגט:

↤ 150

— האַ, וואָס הערט זיך עפּעס אין שטאָט, ר׳ אורח?...

סרולי האָט אים דעמאָלט אין אויער אַריינגעשריגן:

— ס׳הערט זיך, ר׳ מנשה, גרויס נייס הערט זיך: משיח איז שוין געקומען!...

און פון נאָך גרעסערן לאַנגווייל, פלעגט ער נעמען מיטן אַלטן ווי מיט אַ קינד שפּאַסן, און פיל אומזיניקייטן פאַרפאַסן, ווי נעמלעך:

— יאָ, ר׳ מנשה, משיח איז שוין געקומען, און די שטאָט פּאַקט זיך שוין און דינגט שוין פורן אויף אים באַגעגענען... רבנים אין טליתים רייטן אויף אייזלען, רביצינס אין טלית־קטנס — איינע אויף דער אַנדערער... די באָר הייצט זיך אַ גאַנצע וואָך און מענער און ווייבער קריכן פון דער מקוה ניט אַרויס; קי און אָקסן לויפן אַליין אין שחיטה־הויז! דער בעל־טאַקסע איז אַנטלאָפן און די קצבים פאַרקויפן פלייש בזיל הזול. הינט טראָגן גאַנצע קעפּ, און די קישקעס שלעפּן זיי זיך נאָך... גנבים האָבן אַלעמענס קעשענעס און קישקעס אויסגעשניטן... קבצנים גייען אין גאָלד, און גבירים — אין טראַנטעס.

— אַזוי, אַזוי... — פלעגט זיך דער אַלטער טויבלעך חידושן.

אַזוי און ענלעך פלעגט סרולי שפּאַסן, און מע האָט געזען, ס׳איז פון ניט האָבן דאָ וואָס צו טאָן, ס׳איז פון דעם, וואָס דער אינטערעס האָט זיך אים שוין דאָ אויסגעלאָזט, אַז ער איז ווי אין ליים פאַרקראָכן, און ס׳איז אים צייט אַהיים שוין ווידער.

און ס׳איז שוין טאַקע תמיד דעמאָלט אויך סוף זומער געווען. פעלדער — אָפּגעשניטן, די שייערס — פול, וועלדער — סוף־זומעריק פאַרטראַכט — לייגן זיך פריער און שטייען אויף שפּעטער און הערן די גאַנצע צייט נאָר, ווי וועווריקלעך רייסן ניס און פאַרגרייטן זיך אויף יקרות און אויף ווינטער...

אָט דעמאָלט פלעגט סרולי ווידער אין אַ שיינעם טאָג, מיט קיינעם זיך ניט געזעגענענדיק, די טאָרבע נעמען. ער האָט דעם וועג צום שאָסיי צוריק דורך די זעלביקע דערפער, וואָס בשעתן אָנקומען דורכגעמאַכט. די גאַנצע צייט פון זיין צוריקוועגס איז אויף זיין פּנים אַ שטילן שפּאַס צו זען געווען, אַ ביליקע מינע צו די אַלע לעצט־געזעענע עובר־בטלע מנשהס און צו די נאָך ניט עובר־בטלע, וואָס זיינען אים דאָך אַלצאיינס געווען. ער פלעגט דעמאָלט אַ פריילעכער אויפן שאָסיי אַרויף, פלעגט פון שווערער לאַנג־זומערדיקער וועלדער־געדיכטעניש ווי פריי אָפּאַטעמען און מיט די אויגן געווענדט אויף פאָרויס, צו זיין פון לאַנג פאַרלאָזטער און שוין געגאַרטער שטאָט צוריק...

↤ 151

V
דער קריג צווישן די ברידער
1

אויף מאָרגן גאַנצפרי, נאָך יענעם אָוונט, וועגן וועלכן מיר האָבן אויבן דערציילט, ווען אַלע דריי ברידער האָבן זיך אין משהס עס־צימער געטראָפן, האָט אַלטער, ווי ס׳איז פאָרויסצוזען געווען, געשריגן. דאָס מאָל אָבער אַזוי אומגעוויינלעך, וואָס אַפילו פאַר אים, פאַר אַלטערן, אַ חידוש.

ווען אין דרויסן נאָך פינצטערלעך, האָבן זיין געשריי צוערשט דערהערט די דינסטן, וואָס זיינען געשלאָפן אין קיך און האָבן איבער זייערע קעפּ זיין אויבערשטיבל געהאַט, און איינע, וועלכע האָט אויפגעוואַכט די ערשטע, האָט אַ פון־שלאָף־דערשראָקענע די צווייטע געוועקט:

— הערסט, ס׳אַראַ גרויסן פאַרטאָג ער האָט שוין היינט פאַרנומען.

ביידע זיינען שוין דערנאָך געלעגן מיט אָפענע אויגן אויף זייערע געלעגערס, און כאָטש די סטעליע האָט זיי אָפּגעטיילט, זיינען דאָך אַלטערס קולות דערגאַנגען צו זיי, ווי פון אַזוי נאָענט, גלייך לעבן זיי און אין זעלבן צימער וואָלט ער געשריגן. געדאַכט האָט זיך זיי, אַז אַזוי קאָן שרייען ניט נאָר איין געווינערין אין די לעצטע מינוטן פאַרן האָבן, נאָר צען מיטאַמאָל, ווען צען לייבער ווערן אויפגעריסן און צען מאָל צען ווייטיקן רייסן זיך דורך נישט מער, ווי דורך מענטשלעכע מיילער, וואָס זיינען צו קליין אויף זיי אַרויסצוברענגען.

שפּעטער האָבן אויך די שטוב־לייט אין די ווייטע צימערן דערהערט.

פריער גיטעלע, משהס ווייב, און גלייך, נאָך אין בעט ליגנדיק, איז איר שוין אָנגעקומען דער געוויסער קאָפּ־ווייטיק, וואָס טרעפט זי שטענדיק אין טאָג פון אַלטערס געשרייען און צווינגט זי דעם גאַנצן טאָג אין בעט אָפּליגן, אָדער מיט אַ פאַרבונדענעם קאָפּ זיך אַרומשלעפּן. דערנאָך אויך משה, און נאָך אים אַלע עלטערע פון שטוב, ביז די ריי איז געקומען אויך צו די מער דערוואַקסענע קינדער און צווישן זיי אויך צו מאירלען.

אין דרויסן האָט געדרייט אַ ווינט, וואָס דערמאָנט ערב־האַרבסט, וואָס האָט זיך אין די סעדער פאַרקליבן נאָך פון ביינאַכט און אויך נאָכן טאָג־ווערן ניט געקאָנט אַרויס פון זיי. ער האָט אָן אויפהער די ביימער־קעפּ הין און צוריק און אין פאַרשיידענע זייטן געריסן און אַמאָל אויך אַראָפּ, צו דער ערד זיי בייגנדיק, געבראָכן.

↤ 152

דער פאַרשטויבטער הימל, וואָס האָט אויסגעזען ווי פאַר אָדער נאָך אַ רעגן, איז נידעריק איבער די גאַסן און הייזער געלעגן, און ווער ס׳האָט יענעם פרימאָרגן פון אַ פענצטער אין דרויסן אַרויסגעקוקט, זיינען אים טרויעריקע מחשבות אויפגעקומען, ווי יעדעס מאָל, ווען דער וועטער נייט זיך פון בעסער צו ערגער.

שפּעטער זיינען ביי משהן אין שטוב שוין אַלע וואַך געוואָרן. דינסטן אין קיך האָבן צו דער פרימאָרגנדיקער טיי פאַר גרויסע און צום איבערבייסן פאַר קינדער אַלץ, וואָס נייטיק, צו פאַרגרייטן באַדאַרפט, — עס־ און טרינקגעפעס צו וואַשן און צו ווישן און דעם סאַמאָוואַר אויפן טיש אין עס־צימער אַרויפצוברענגען.

שוין דעמאָלט האָט מען געקאָנט זען אויף די פּנימער פון אַלע דערוואַקסענע אין משהס שטוב אַ געוויסע באַזאָרגטקייט, וואָס די סיבה אירע איז געווען ניט נאָר דער שלעכטער וועטער, וועלכער ווירקט אַמערסטן אויף ניכטערע הערצער בייזלעך, און ניט אויך אַלטערס געשרייען, וואָס דריקן באַשטענדיק אויף אַלעמען אין שטוב אָן אויסנאַם און נעמען צו דאָס לשון פון מויל. ניין, — דער עיקר באַזאָרגט דערפאַר, וואָס שוין גאַנצפרי האָט זיך איבער דער שטוב צעטראָגן אַ ידיעה, וואָס האָט פון גיטעלען געשטאַמט, און איינער דעם אַנדערן האָט זי שטיל אויפן אויער איינגערוימט, — אַ ידיעה, אַז דער פעטער לוזי האָט באַשלאָסן און האָט בדעה אין N צו פאַרבלייבן, און אַז זייער פאָטער משה איז מיט זיין, לוזיס, באַשלוס ניט איבעריק צופרידן.

באַקומענדיק אָט די ידיעה, האָבן אַלע דעמאָלט געפילט, אַז די מחלוקת, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אַזוי שטיל צווישן די ברידער, אין גרויס איינגעהאַלטנקייט און אין ראַמען, הייבט איצט אָן פון די ראַמען אַרויסגיין; מע האָט דערפילט, אַז אָט דער באַשלוס דעם פעטער לוזיס — אין פלוג אַן אומשולדיקער, וואָס, פאַרקערט, אַן אַנדערשמאָל וואָלטן אים אַלע מיט גרויס פאַרגעניגן און פאַר ליב אָנגענומען, — איז דאָס מאָל, ווי פריש אונטערגעלייגט האָלץ צו פייער, וואָס וועט דינען אַלס נייער מאַטעריאַל אויף נאָך מער און שטאַרקער זיך צעפלאַקערן.

אַלע דערוואַקסענע האָבן ביי דער טיי דעמאָלט געשוויגן. מע האָט געטרונקען, ווי נאָר פאַר יוצא־וועגן. מע האָט אַלעמאָל נאָר געכאַפּט אַ קוק אויפן פאָטער, אויפן עלטסטן פון דער פאַמיליע, אויף משהן, וואָס אויך אויף זיין פּנים איז צו זען געווען די אַלגעמיינע זאָרג אויסגעדריקט. אין דער זעלבער צייט האָט מען אויך אַלע וויילע הינטנאַרום געקוקט אויף יענער טיר פון עס־צימער, דורך וועלכער דער פעטער לוזי האָט זיך געקאָנט באַווייזן — אויך צו דער פרימאָרגנדיקער טיי, און דאָס מאָל זיינען אַלע אים ווי ניט גערן געווען. מע האָט מורא געהאַט, אַז איצט, בעתן אויפגערעגטן געמיט, וואָס ביי אַלע, זאָל מען זיך איבער אַ קלייניקייט ניט פאַרטשעפּען, און, פאַרקערט ↰ 153, געהאָפט, אַז אויב איצט וועט מען אויסמיידן קריג, וועט מעגלעך פאַרן טאָג דאָס, וואָס איצט אָגעגליט, זיך אָפּקילן, דאָס, וואָס קאָן איצט אַ קריג אַרויסרופן — געלאָשן און געשטילט ווערן.

לוזי אָבער האָט איצט איבער עפּעס פאַרשפּעטיקט אָדער אומיסטן זיך געמאַכט פאַרשפּעטיקן, אַזוי אַז פון דאָרט, פונוואַנען מע האָט זיך געריכט, איז קיינער ניט געקומען. דערפאַר אָבער פון אַן אַנדער טיר, פון דער, וואָס פירט פון קיך אין עס־צימער, האָט מען פּלוצים, אַן אומגעריכטן, יאָ גאַסט אַריינקומען דערזען:

סרולין, סרולי גאָל.

ער האָט זיך אויך איצט, ווי תמיד, מיט אַ זייט, אַ שטילער און אַ שווייגנדיקער אַריינגעשטעלט. ער האָט איצט אויסגעזען, ווי גלייך נאָר־וואָס פון וועג — מיט דער טאָרבע. אין דער אמתן אָבער ניט פון וועג, וואָס דאָס איז געווען צו מערקן פון זיינע אויסגערוטע פּנים און אויגן, וועלכע האָבן עדות געזאָגט, אַז די נאַכט פון נאָך זיין אָנקומען האָט ער שוין ערגעץ אַנדערשוואו איבערגענעכטיקט. צוזאַמען דערמיט האָט מען אויך באַמערקט, אַז דאָס, וואָס מ׳קומט איצט פאָר דאָ אין שטוב, די באַזאָרגטקייט פאַר מעגלעך־ פאַרשטייענדיקע אומאָנגענעמלעכקייטן, ווי אויך דאָס, וואָס פאַר אָט דער באַזאָרגטקייט איז פאָרגעקומען, איז אים, סרולין, שוין באַוואוסט: צו זיין אָנגעשפּיצטן אויער, ווייזט אויס, איז דאָס שוין פון ערגעץ־וואו דערגאַנגען. מע האָט אויך געזען, אַז ס׳טוט אים הנאה דאָס פאַרשטייענדיקע, גלייך אַ גרויס גליק וואַרט אים, פון וועלכן ער איז האָפערדיק, און זיין בליק שפּילט צופרידן און מיט שאָדנפרייד.

ער האָט, ווי זיין שטייגער, ביים אַריינקומען קיין גוט־מאָרגן ניט געזאָגט, ניט געווינטשעוועט און זיך ניט געגריסט מיט קיינעם. ער האָט נאָר זיין טאָרבע אין אַ ווינקל ערגעץ אָפּגעלייגט — אַ סימן, אַז ער קלייבט זיך דאָ אַ ביסל מער, ווי געוויינלעך, צו פאַרבלייבן, און באַלד נאָך דעם האָט ער, ניט קיין איינגעלאַדענער און ניט קיין גערופענער פון קיינעם, באַגלייך מיט אַלע צום טיש, וואו משהס שטוב־לייט האָבן טיי געטרונקען, זיך אַוועקגעזעצט.

דעמאָלט האָט מען אויך געזען: סרולין האָט דאָס מאָל די טיי ניט אינטערעסירט, — צי מחמת שוין אָפּגעטרונקען, צי נאָך ניט — אַלציינס. די אויגן האָבן אים גאָר די גאַנצע צייט איבער די שטוב־לייט אומגעשוועבט, גלייך ער וואָלט געזוכט צווישן די פּנימער, וואָס זיינען אים שוין פון לענג באַקאַנט, עמעצנס אַן אומבאַקאַנטס, ניט געפינענדיק אָבער דאָס געזוכטע, האָט ער אַלע וויילע געווענדט זיין בליק צו יענע טירן, וואָס פירן אין עסצימער, דורך וועלכע ער האָט געפילט, אַז דער אומבאַקאַנטער דאַרף זיך און מוז זיך פון איינער פון זיי באַווייזן.

דעמאָלט האָט משה פון הינטערן טיש זיך אויפגעהויבן און צו זיך אַוועק.

↤ 154

און באַלד, שפּעטער עטוואָס, איז לוזי, ווי ער וואָלט זיך אָפּגערעדט מיטן ברודער זיך דאָס מאָל ניט צו באַגעגענען, דורך אַן אַנדער טיר אַריין.

סרולי, וואָס האָט, ווי געזאָגט, די גאַנצע צייט געוואַרט אויף אים, האָט אים באַלד באַמערקט: אַן אויסגעוואַשענער צום פרימאָרגן, אַ שטאַלטנער, און אַזאַ, וועלכער שאַפט יעדעס מאָל אַכט און יום־טוב, ווען ער באַווייזט זיך.

ער האָט מיט אַ זייטל־בליק געכאַפּט אַ קוק אויף אים און געוואָלט, ווי זיין שטייגער, באַלד אָפּווענדן פון אים זיין בליק און פּראַווען יענע ברוגז־מינע, וואָס ער פּראַוועט בנוגע אַלע אַנדערע. דאָס מאָל אָבער איז זי, קעגן זיין ווילן, ביי אים עפּעס ניט אַרויסגעקומען, ניט געראָטן. פאַרקערטן ער איז ווי צוגעקלעפּט געוואָרן צו לוזין, און אַזוי ווייט, אַז ווען לוזי האָט זיך פון דער טיר צום מיט שטוב און צום טיש געלאָזט צוגיין, אַזוי האָט סרולי, נישט באַמערקט פאַר זיך אַליין, מיטאַמאָל פון זיין אָרט זיך אַ הייב געטאָן, און דאָס, וואָס ס׳געשעט זעלטן מיט אים, איז דאָס מאָל יאָ געשען: ער האָט לוזין זיין האַנט אויף „שלום” דערלאַנגט.

אמת, ער איז גלייך ברוגז געוואָרן אויף זיך פאַר אָט דער שוואַכקייט, ווי אים האָט געדאַכט, אָבער, וואָס געטאָן, איז געטאָן, און צוריקכאַפּן איז שוין צו שפּעט געווען.

זיין האַנט־געבן דעמאָלט האָט דערווייל עטלעכע זאַכן מיטאַמאָל באַשטעטיקט. ערשטנס, אַז אויך ער, סרולי, איז אַמאָל ניט אין דער האַנט ביי זיך, אַז ער גייט אַמאָל פון זיין איינגעשטעלטן גדר אַרויס, און זיין ראָל, וואָס ער האָט אויף זיך גענומען, קאָן ער ביי געוויסע אומשטענדן ניט אויסהאַלטן און דערפירן ביזן סוף; צווייטנס, האָט באַשטעטיקט, אַז סרולי האָט שוין פון לוזין, ווייזט אויס, פון פריער געוואוסט און מעגלעך אַמאָל אויך ווען אים געזען אין אָט דער שטוב, און ווען אַפילו אויב ניט געזען, האָט ער דאָך הינטער די אויגן געהאַט פון אים אַ געוויסע פאָרשטעלונג, וועלכע האָט לוזין אויסגעטיילט און אַרויסגערופן ביי אים צו אים, צו לוזין, ניט דאָס, וואָס צו אַלע אַנדערע; דריטנס, באַשטעטיקט, אַז ניט צוליב קיינעם, נאָר אַליין טאַקע צוליב לוזין האָט ער זיך דאָס מאָל גאַנצפרי צו משהן אין שטוב אַריינגעשטעלט, — צי צוליב נייגעריקייט, צי צוליב אַנדערע טעמים, וועלן מיר שפּעטער זען, דערווייל איז דאָס ניט איבעריק קלאָר געווען און אויף סרולין ניט צו דערקענען.

וואָס געהערט לוזין, האָט ער צו סרולין קיין שום נייגער ניט אַרויסגעוויזן, גלייך ער קאָן אים שוין פון לאַנג, אָדער ווען אַפילו ניט פון לאַנג, איז, אַלנפאַלס, קיין איבעריקן אינטערעס צו אים; און פאַרקערט, ווען לוזי האָט באַמערקט, אַז אַלע שטוב־לייט פילן זיך געענגט אין זיין אָנוועזנהייט, און אַז סרולי שאַפט זיין אומאָנגענעמלעכקייט, און יעדער איינער זעט איצט זיין טיי־טרינקען וואָס גיכער צו פאַרענדיקן און זיך אַרויסרוקן פון טיש, האָט ↰ 155 ער זיך געוואונדערט און אויף אַלעמען אַ ניט־באַנעמענדיקן, ניט־פאַרשטייענדיקן בליק אָנגעשטעלט.

די שטוב־לייט אָבער האָבן דאָס ניט באַמערקט, און איינער נאָך איינעם האָבן זיך פון די ערטער אויפגעהויבן און גענומען — ווער וואוהין אַוועקצוגיין. געבליבן איז נאָר גיטעלע מיטן פאַרבונדענעם קאָפּ פון ווייטיק, פון וועלכן זי האָט שוין פון גאַנצפרי געליטן. זי איז געבליבן, כדי, ערשטנס, ווי איר שטייגער, לוזין ביים טיש צו באַדינען — דאָס מאָל אים טיי אָנצוגיסן און צו דערלאַנגען; און, צווייטנס, כדי באַלד, ווי אַלע זיינען זיך פון טיש צעגאַנגען, אים די ערשטע פראַגע צו שטעלן (די ערשטע אָבער נאָר פאַר יוצא־וועגן): „צי האָט ער געהערט פאַרטאָג אַלטערן שרייען?” — און דערנאָך, ווען זי האָט אַן ענטפער אויף יאָ באַקומען, האָט זי אַ פרעג געטאָן וועגן עיקר, וואָס האָט זי אינטערעסירט, וועגן וועלכן משה איר מאַן האָט איר שוין גאַנצפרי, נאָך אין אַלקער זייענדיק, צו וויסן געגעבן, און וואָס, אויפשטייענדיק, האָט זי, פון איר זייט, אירע שטוב־אייגענע דערציילט — וועגן לוזיס באַשלוס אין N צו בלייבן:

— צי איז דאָס טאַקע אמת, לוזי, וואָס משה האָט איר דערציילט?

— אמת, — האָט איר לוזי געענטפערט, און אויך דאָס מאָל, ווי אַלעמאָל, ווען ס׳גייט וועגן אַן ענין, וואָס ער האַלט, אַז איבעריקע מענטשן זאָלן דערפון רעדן איז איבעריק, און אַז בכלל זיינען רייד ניט נייטיק, האָט ער זיך געמאַכט, ווי ווייטערדיקע פראַגעס איז ער ניט גערן און ווידער וועגן דעם שמועסן איז אים ניט ניחא.

גיטעלע האָט דאָס באַמערקט און דאָך האָט זי זיך ניט איינגעהאַלטן פון נאָך איינער אַ פראַגע:

— און וואָס רעכנט ער צו טאָן מיט זיין דירה און מיט אַלעם איבעריקן פאַרמעגן?

— פאַרקויפן.

— און דאָ?

— זיך דינגען.

— דינגען?... ביי פרעמדע, און נישט ביי אונדז?

— יאָ, — האָט לוזי ווידער קורץ געענטפערט.

דעמאָלט איז גיטעלע שטאַרק אָפּהענטיק געוואָרן, דער קאָפּווייטיק האָט זיך איר פאַרשטאַרקט, ס׳איז איר שווער געוואָרן ביים טיש צו פאַרבלייבן, זי האָט לוזין פאַרלאָזט, און אַליין צו זיך אין איר אַלקער אַוועק.

* *
*

אַ שווערער טאָג האָט זיך דעמאָלט געשטעלט אין שטוב ביי משהן — סיי פאַר אים, פאַר משהן אַליין, סיי פאַר אַלע זיינע אייגענע, אָנגעקומענע, ↰ 156 אָנגעפאָרענע, און פאַר אַלע, וואָס האָבן געהאַט צו זיין שטוב אַ שייכות.

נאָך דעם, ווי גיטעלע איז פון עס־צימער אַרויס, אַזוי האָט לוזי, בלייבנדיק אַליין, גענומען אַרומשפּאַנען, ווי זיין שטייגער תמיד פאַרן דאַוונען, מיט די הענט אין די צוויי הינטערשטע קעשענעס פון זיין קאַפּאָטע אַריינגעשטעקט. דאָס מאָל צערודערט און פאַרזאָרגט זייער, ווייל די קולות פון אַלטערן, וואָס האָבן שוין פריער געהאַט אויפגעהערט, אַנשוויגן געוואָרן, האָבן זיך איצט באַנייט, און נאָענט פון איבער דער קיך־סטעליע קומענדיק, האָבן אים גרויס צער פאַרשאַפט און מיטפילנדיקן ברודערישן אַנגסט אויף זיין פּנים אַרויסגערופן. און לסוף, ווען אַלטערס געשרייען האָבן זיך נאָך מער פאַרשטאַרקט, האָט ער זיין אומשפּאַנען איבערגעריסן, ער איז אויף אַ וויילע שטיין געבליבן, דערנאָך האָט ער פון זיין אָרט אַ גיי געטאָן, צו דער קיך זיך געלאָזט, און פון דאָרט צו די טרעפּ אַרויף, וואָס פירן צו אַלטערן אין אייבערשטיבל, אַרויף.

אַז ער איז אַרויף, האָט ער דערזען:

אַלטערס בחורישער צימער מיט איין בעטל, טישל, בענקל האָט אויסגעזען פאַרלאָזט, עלנט, גלייך ניט צווישן מענטשן וואָלט ער דאָ געוואוינט, גלייך ניט קיין אייגענע וואָלט ער אונטער דער פּאָדלאָגע געהאַט, נאָר ווי ערגעץ אין אַ וואַלד, אויף אַ וויספּע ערגעץ זיין שטיבל.

דער צימער, די ווענט, האָט אים געדאַכט, האָבן אַלטערס פאַרלוירענע בחורשע יאָרן באַדויערט, און דאָס פענצטער, וואָס קוקט אין סאָד אַרויס, האָט ווי ניט נאָר איצט אינעם שלעכטן וועטער, נאָר כסדר, אין אַלע יאָרצייטן, דאָס זעלבע בילד, וואָס איצט דאָ, צו זען געמאַכט: אַ בילד פון ביימער, וואָס ווינטן פרעכן זיי, און שטענדיק פאַרשטויבטע און פאַרכמאַרעטע לופט און הימל.

אַלטער איז אין מיט צימער געשטאַנען ווייט ניט אין מענטשלעכער אָרדענונג... ער האָט זיינע הענט אין איין ברעכן געהאַלטן אַזוי גיך, אַזוי האַסטיק, אַזוי ווילד־משוגע, גלייך ער וויל זיי פון די גלידער אַרויסדרייען און זיי פון זיך אָפּשליידערן. דערביי איז זיין בליק פאַרטראָגן, און אָפט שלאָגט ער זיך אין קאָפּ מיט די שפּיציקע פינגער־ביינדלעך פון זיינע קולאַקעס און סאָפּעט נאָך דעם, ווי נאָך אַ שווערער מלאכה.

אַז ער האָט אָבער לוזין דערזען, האָט זיך אים אויף אַ וויילע דער בליק ווי אויסגעלייטערט, ער האָט אויפגעהערט די הענט צו ברעכן און זיך אין קאָפּ שלאָגן, און אויף אַ מינוט, אויף איין מינוט נאָר, זינען געקראָגן, ווי נאָר וועדליק אויף אַרויסצושרייען; אוי, שלעכט, ברודער... אוי, ביטער, ברודער...

באַלד אָבער האָט ער ווידער דעם זינען פאַרלוירן. ער האָט אויסגעזען, גלייך עמעצער האַלט אים ערגעץ אין איין רופן, און ער הערט זיך איין אין יענעמס רוף און ווען ער דערהערט יענעמס קול דייטלעך, אַזוי טוט פון אים ↰ 157 אינעווייניק אַ ווילד געשריי אַ גיי, אַזאַ, וואָס צערייסט אים שיער ניט דאָס מויל מיט די אַנגלען אינדרויסן, און די קישקעס אין יויך אינעווייניק.

ווען דאָס געשריי לאָזט אים נאָך און גייט אים איבער, וויל ער זיך מיט זיין בליק אין אַ שטוב־געגנשטאַנד פאַרהאַלטן,אין אַ וואַנט, אין אַ פענצטער, אין וואָס־ניט־איז, אַבי זיך פון יענעמס הערשאַפט צו באַפרייען און פון שרייען זיך אָפּצוהאַלטן, אָבער יענער האַלט אים פעסט, יענער האַלט אין איין ווידעררופן. אַלטער פאַרלירט ווידער דעם בליק, און ווידער איז ער שוין אין רשות ביי יענעם, און ס׳רייסט זיך שוין נאָכאַמאָל אַ ניי און ווילד אויסגעשריי פון אים.

לוזי איז צו אים צוגעגאַנגען. ער האָט אים געפּרואווט באַרואיקן — מיט דער האַנט דעם קאָפּ געגלעט און דעם שווייס פון שטערן געווישט. יענער האָט זיך אויף אַ וויילע געלאָזט. אָבער באַלד ווידער אויפסניי... און לוזי האָט געזען, אַז קיין מענטשנס האַנט איז דאָ גאָר ניט בכוח אויפצוטאָן, אַז אַ מענטש, אַפילו דער נאָענטסטער, איז דאָ מיט זיין גרעסטן מיטגעפיל און מיטלייד אומבאַהאָלפן — האָט ער זיך אויסגעדרייט פון צו קוקן אויף אַלטערס אומפאַרמיידלעכער אַנגסט און פון צו זען אים אין זיין באַשערטקייט. און, אויסקערעווענדיק זיך, האָט ער איצט ביים אַריינגאַנג אין אַלטערס צימער, ביי אַ טיר־זייט איינער, אַ קינד דערזען: מאירלען... ער האָט אים פריער ניט געהאַט באַמערקט, און איצט מיטן פּנים צו דער וואַנט שטיין געטראָפן, אויסגעקערעוועט, מחמת מורא־האָבנדיק אויף אַלטערן צו קוקן, אָבער אין דער זעלבער צייט, ווי צום אָרט צוגעבונדן, און יעדער אַלטערס געשריי האָט זיין קערפּערל געמאַכט אויפציטערן און זיין הערצל — מיט אַ געוויין אויסברעכן און כליפּען.

לוזי האָט מאירלען ביי אַ הענטל אָנגענומען, ניט זאָגנדיק גאָרניט, אים פון צימער אַרויסגעפירט, צוזאַמען מיט אים די טרעפּ אַראָפּ, און אַזוי דאָס קינדערשע הענטל פון זיינער נישט אַרויסלאָזנדיק, איז ער מיט דעם דורך דער קיך דורכגעגאַנגען און אין עס־צימער אַריין.

אי סרולי, וואָס איז די גאַנצע צייט פון לוזיס אָפּוועזנהייט אַליין געזעסן, האָט אים איצט, דאָס קינד פאַרן הענטל מיטפירנדיק, אויף דער שוועל אַרויפטרעטן דערזען, האָט ער זיך ווידער, ווי פון ניט־ווילנדיקן און געצוואונגענעם דרך־ארץ, פון זיין אָרט אַ הייב געטאָן. ער האָט זיך אָבער באַלד צוריק געכאַפּט, און ווי פעלנדיק פאַרענטפערן זיין פּלוצים אויפהייבן־זיך, האָט ער אַ גיי געטאָן צו לוזין, זיך אים אַנטקעגן געשטעלט און פאַר זיין פּנים געקומען, און אומגעריכט און, מעגלעך, פריער מיט אַ מינוט אַליין אַפילו ניט געטראַכט דערפון, האָט איצט אַ זאָג געטאָן:

— ער וואָלט גערן וועלן, אויב לוזי האָט איצט צייט, מיט אים זיך דורכשמועסן. ער האָט אַ וויכטיקן ענין צו אים.

↤ 158

— צו אים? — האָט לוזי אויף אים פאַרחידושט אַ קוק געטאָן, גלייך ער זעט אים דאָס ערשטע מאָל.

— ניין, איצט ניט, — האָט לוזי געענטפערט, אָנווייזנדיק, ווי אויף דער סיבה פון זיין איצטיקן ניט־קאָנען, אויפן קינד, וואָס ער האָט נאָך אַלץ ביים הענטל געהאַלטן. אין דער אמתן אָבער, מיינענדיק ניט דאָס קינד, נאָר זיך, וואָס דאָס נאָר־וואָס געזעענע ביי אַלטערן האָט אויף אים אַ שווערן איינדרוק געמאַכט, — איצט ניט, — האָט ער געזאָגט, — ער איז ניט אימשטאַנד אַצינד.

— ווען דען?

—נאָכן דאַוונען, בייטאָג, ביינאַכט, ווען נאָר ער, סרולי, וועט וועלן.

סרולי האָט זיך שוין געהאַט אָנגעברוגזט און אויף זיינע ליפּן האָבן שוין געזאָלט קומען יענע בייזע ווערטער, מיט וועלכע ער באַגעגנט יעדעס מאָל אַ מינדסטע באַליידיקונג פון אַ געוויסן סאָרט מענטשן, וועמען ער פאַרשווייגט ניט און צאָלט צוריק מיט האַרבע באַליידיקונג־פּראָצענט. דאָס מאָל אָבער זיינען די ווערטער פון זיין מויל ניט אַרויסגעקומען, און נאָר די טייטש זייערע האָט מען אין זיינע אויגן געקאָנט איבערלייענען. און ניט אַרויסגעקומען זיינען זיי ניט נאָר דערפאַר, וואָס צו לוזין האָט ער זיך, ווי געזאָגט, אַנדערש ווי צו אַנדערע באַצויגן, נאָר אויך, און אפשר דער עיקר, דערפאַר, וואָס, אַז לוזי האָט זיך איצט אָפּגעזאָגט פון אים אויפצונעמען און מיט אים דעם געוואונטשענעם געשפּרעך צו האָבן, האָט ער זיך ניט געזאַמט, לענגער זיך ניט פאַרהאַלטן, נאָר באַלד טאַקע זיך אָפּגעקערעוועט, פון עס־צימער אַרויס און אין זיין ווייטן, אָפּגעזונדערטן אַלקער אַוועק.

* *
*

אין אַ שטיקל צייט שפּעטער, אַז סרולי, וואָס איז אַליין געבליבן, האָט זיך גענומען עפּעס פּאָרען ביי דער טאָרבע, פון דאָרט זיין טלית־און־תפילין אַרויסגענומען און זיי אָנגעטאָן; און נאָך דעם, ווי ער האָט, ווי זיין שטייגער, אויף גיך אָפּגעמרוקעט דאָס דאַוונען, צוריק אויסגעטאָן דעם טלית־און־תפילין און זיי אין טאָרבע אַריינגעלייגט, — האָט ער זיך צוערשט פון עס־צימער אין קיך אַרויס געלאָזט, מיטן מיין, אויב ס׳וועט זיך לאָזן און, ווי ער איז געוואוינט געווען, מיט די דינסטן אַ געשפּרעך צו פאַרפירן.

דאָס מאָל האָט זיך עס ניט געלאָזט: די שווערע שטימונג פון דער שטוב אין יענעם פרימאָרגן האָט זיך אויך צו די דינסטן איבערגעגעבן, אויך זיי אָנגעשטעקט, און זיי, די דינסטן, וואָס זיינען דווקא תמיד אויף אַזוינע זאַכן בעלנים און זיינען גרייט מיט וועמען־ניט־איז און אין אַלע צייטן צו פאַרברענגען, האָבן דאָס מאָל סרולין עפּעס ניט איבעריק גערן באַגעגנט, און ביי איינער, ביי דער קעכנע, ווי נאָר זי האָט אים אויף דער שוועל אַרויפקומען דערזען, האָט זיך אַן אומבכבודיקער אויסגעשריי אין אַ ניט־צופרידענעם טאָן אַרויסגעריסן:

↤ 159

— ס׳קאָצל קומט, ר׳ סרולי...

זי האָט מחמת מורא זיך אַפילו באַלד פאַרכאַפּט און די ערשטע פּאָר ווערטער מיט אַנדערע, מער אַכטנדיקע און צוגעלאָזטע, געוואָלט פאַרגלעטן. סרולי אָבער האָט זיך שוין גיט הערנדיק געמאַכט: די אַנדערע, ווי די ערשטע, ווי פאַרביי אויער דורכגעלאָזט, זיך געמאַכט, גלייך זיין מיין איז ניט געווען דאָ אין קיך זיך צו פאַרהאַלטן, נאָר פאַרבייגיין. און אַזוי האָט ער טאַקע באַלד געטאָן — ער איז די קיך דורכגעגאַנגען און פון הויז אין הויף אַרויס.

שפּעטער אַ ביסל האָט מען אים געזען שטיין ביי דער געשלאָסענער פאָרטקע פון סאָד, וואו דער ווינט האָט אים אין פּנים און אין דער באָרד געפּאַטשט און מיט יעדער ווינט־אָנפלי, וואָס איז פון סאָד און פון צווישן די ביימער געקומען, האָבן זיך אים די פּאָלעס אונטן ביי די פיס פאַרהויכן.

ער איז געשטאַנען אַ פאַרטראָגענער אַ פאַרטראַכטער ליידיקגייער.

דאָס זעלבע שפּעטער ביים ברונעם, ווען מע האָט אים געזען: ווידער פאַרטראַכט, און ער האָט אויסגעזען, ווי איינער, וואָס שוין פון גאַנצפרי האָט ער ניט וואָס צו טאָן, לאַנגוויילט זיך און זוכט, וואו די צייט אַהינצוטאָן.

און אָט, אָט דער לאַנגווייל, דאָס ניט וויסן, וואו און מיט וועמען צו פאַרברענגען, האָט אים לסוף אַריינגעבראַכט אין שטיבעלע פון מיכאַלקע דעם הויף־היטער, אין דעם נידעריק־לענגלעכן, מיטן איינעם גאָר הילצערן באַנקבעטל, בענקל און טישל, וואָס האָט גשעמעקט מיט שווייס און קאָרן־ברויט, מיט פאַרוויאַנעטע קרייטעכצער און ביליקן ליולקע־טוטין, און וואו דאָס גאַנצע שטיבעלע האָט נאָר איין קליין פענצטערל לעבן דער טיר ביים אַריינגאַנג געהאַט, און דערום אויך בייטאָג דאָרט באַשטענדיק פינצטער.

אַ קליין, גראָשנדיק הענג־לעמפּעלע, אַ פּלאָשקעלע אויף דרעטלעך, האָט פאַר אַן אַלטער פאַררויכערטער איקאָנע אין אַ סטעליע־ווינקל געברענט. אונטערן לעמפּעלע, אויף אַ הילצערן פּאָלעטשקעלע — עטלעכע ווערבע־ריטלעך נאָך פון פאַראַיאָריקן ווערבע־יום־טוב, אויך אַ פלעשל קויטיקע, גראָווע, איבערגעשטאַנענע וואַסער פון „קרעשטשעניע”, דאַן אַ פּאָר דאָרפישע ערדענע טעלער און שיסל, אַ הילצערנער, פון פאַרב אָפּגעקראָכענער, לעפל. און שוין — קיין שום מעבל און כלים מער, און פון דעם אינגאַנצן, פון אָט דעם שטיבעלע און הויז־ראָד, איז דער באַלעבאָס און אייגנטימער געווען דער אַלטער, אין רוקן־געבראָכענער מיכאַלקע, וואָס שוין אָן אַ קול כמעט און מיט שוואַכער ראיה.

אַהין, אין יענעם שטיבעלע, האָט זיך סרולי אין יענעם פרימאָרגן נאָך לאַנגן, פּוסטלעכן אומדרייען אין הויף, אַריינגעשטעלט. און אַזוי ווי מיכאַלקע איז שוין אַלט געווען, און תמיד, ווי נאָר ער איז פון אַנדערע ניט גערופן און ניט אויפגעפאָדערט געוואָרן צו אַרבעט, האָט ער זיך קיינמאָל אַליין ניט דערמאָנט און צו איר זיך ניט גענומען; און אַזוי ווי איצט נאָך איז צו אים אַ ↰ 160 מענטש אַריין — זאָל זיין אַפילו צו פרי, ניט צו דער צייט, און אַפילו ניט זיין גלייכן דער מענטש, וואָס פאַרברענגען מיט אים האָט ער אַפילו ניט געקאָנט האָפן — דאָך האָט דאָס אים פאַר אַ גוטן תירוץ און באַרעכטיקונג געדינט, אויף זיך צו פאַרהאַלטן און, כלומרשט, מחמת כבוד פאַרן מענטשן, מיט אים צו פאַרבלייבן.

און מאָדנע: סרולי, האָט זיך מיכאַלקען געדאַכט, איז דווקא יאָ גערן געווען מיט אים צו פאַרברענגען, און, פאַרקערט, ער האָט אים צו זיין פוילקייט געהאָלפן, אים נאָך מוט אונטערגעגעבן; „נישקשה, האָט עס געהייסן, די אַרבעט וועט ניט אַנטלויפן, איילן האָט ער זיך ניט צו וואָס, וואָרעם בכלל האָט ער זיך שוין גענוג אָנגעאַרבעט, און ס׳איז שוין צייט אים אַמאָל אויך צו רוען.”

סרוליס פּנים דערביי האָט מיט שפּאָט געשפּילט. ס׳האָט אויסגעזען, ער רעדט און הערט ניט און האָט מיכאַלקען אַפילו ניט אין זינען. און דאָך, ניט אין זינען האָבנדיק, האָט ער פונדעסטוועגן מיכאַלקעס אַלט ביסל שכל אין אַ געוויסער ריכטונג געקערעוועט, אין יענער, אויף וועלכער ס׳לאָזט זיך יעדער דינער בנוגע זיין באַלעבאָס, אין יענער, וואָס יעדער דינער, דער געטרייסטער אַפילו, לאָזט זיך אויף זיין באַלעבאָס אָנרעדן, אַז דער באַלעבאָס באַגייט אים עוולות, אַז אומזיסט לייגט ער זיך אַוועק און דינט אים אַזוי געטריי, ווייל ס׳איז איבעריק און אַרויסגעוואָרפן, וואָרעם די „פּאָדיאַקעס” פון די באַלעבאַטים זיינע ווייסט מען שוין, וואָס פאַר אַ „פּאָדיאַקעס”.

סרולי האָט דערביי אונטערגעהאַלטן די טענות, וואָס זיינען בעתן שמועסן אויפגעקומען ביי מיכאַלקען: אַז ער איז טאַקע גערעכט, מיכאַלקע, אַז די דינסטן שאַפן זיך טאַקע מיט אים איבעריקס, אַז זיי לייגן אויף אים אַרויף אַזוינס, וואָס זיי אַליין זיינען עס גאָר מחויב צו טאָן. און נאָך מער: וואָס תמיד, בעת אַ קריג מיט זיי, גיבן די באַלעבאַטים שטענדיק אָפּ דעם גערעכט זיי, די דינסטן, וואָס אין דער אמתן גערעדט ,וואָס פאַר אַ דינער זיינען זיי? — היינט קומען זיי, מאָרגן גייען זיי, — און ער, וואָס דינט שוין דאָ אַזויפיל יאָר, רעכנט מען זיך מיט אים גאָר ניט, ווי מיט אַ הונט, און ער בלייבט תמיד דער אומגערעכטער.

— טאַקע גערעכט, מיכאַלקע...

אין שטיבעלע איז טונקל געווען. ראשית, מחמת דער טונקעלער שיין בכלל פון יענעם פרימאָרגן. און באַזונדערס, מחמת דאָרט, ווי געזאָגט, אַלע פרימאָרגן טונקל — איבערן איינעם, קליינעם פענצטערל, וואָס קוקט אין הויף אַרויס.

ס׳האָט אויך איצט געשמעקט מיט קאָרן־ברויט און מיט דאָרפישע קרייטעכצער, און אויך מיט מאַכאָרקע־רויך, וואָס מיכאַלקע האָט, צוזאַמען מיט ↰ 161 זיין אַלט־דינערישער תערומות, פון זיין אַלטער, שוין זיבן מאָל דורכגערויכערטער ליולקע, צו דער סטעליע געלאָזן.

סרולי האָט אים, שפּאָטיש אויסהערנדיק, ניט אויסהערנדיק, דעם גערעכט אָפּגעגעבן, אים באַדויערט און מיטגעפילט:

— גערעכט, מיכאַלקע, — האָט ער געזאָגט, — אויף דער עלטער איז יעדער מענטש אַ הונט אַ פאַרלאָזטער, בפרט אַ מענטש ,וואָס דינט ביי יענעם, בפרט אַ סטרוזש אויף דער עלטער. און ס׳איז שוין באַלד אפשר ניט כדאי טאַקע, און צי איז שוין ניט צייט אים, מיכאַלקען, אַהין, אויף יענער וועלט, זיך איבערפּעקלען.

— יאָ, אמת, — האָט זיך דאָ מיכאַלקע צעוואַרעמט און זיין מיטשפּרעכערס רייד פאַר ערנסט און פאַר אַ גילטיקער מטבע אָנגענומען, — ער מיינט אויך אַזוי און ער גרייט זיך שוין טאַקע.

און כדי דאָס נאָר־וואָס געזאָגטע צו באַשטעטיקן, האָט מיכאַלקע דאָ סרולין פון אונטער זיין צוקאָפּנס פון באַנק־בעטל אַ ניי אויסגענייט העמד און ווייסע לייוונטענע פּלודערן אַפירגענומען און אים, סרולין, באַוויזן, וואָס די דאָרפישע טאָכטער זיינע האָט אים ערשט ניט לאַנג אַ מתנה געבראַכט — אַלץ צו זיין קבורה נייטיק.

און ווייטער האָט מיכאַלקע, כדי צו פאַרשטאַרקן דעם אָנגענעמען גוטן געדאַנק, וואָס סרולי האָט אים אויפגעגעבן, אים פאַרטרוילעך דערציילט, אַז ער האָט אויך אַ קליין קניפּל אָנגעקליבן ביי דער טאָכטער, און אויך אַ קליינעם חזיר אויף האָדיוולע — אויף בראַנפן און אויף אַ סעודה פאַר גוטע לייט, זיי זאָלן זיין נשמה, נאָכן אַרויסבאַגלייטן אים, דערמאָנען.

דערביי האָט ער סרולין אויך אייניקע סמנים איבערגעגעבן, וואָס ער האָט די לעצטע צייט באַמערקט, וועלכע ווייזן קלאָר, אַז אַזוי טאַקע איז עס, און אַז ער מוז זיך שוין טאַקע אין וועג ריכטן, און אַז זיין שעה איז געקומען.

ווי, למשל, סימן נומער איינס:

יעדעס מאָל נאָכן עסן אויפדערנאַכט, אַז ער וואַשט אויס די שיסל און דעם לעפל און שטעלט זיי אַוועק, לייגט זיי אַוועק, ווי דער שטייגער, מיט די מיילער אַרויף, איז אַז ער שטייט אויף אינדערפרי, טרעפט ער זיי כסדר איבערגעקערט — מיט די מיילער אַראָפּ.

סימן נומער צוויי:

יעדעס מאָל די לעצטע צייט, אַז ער גייט אינדערפרי אין דרויסן אַרויס, שלאָגט ער זיך אָן אין דער שוועל, גלייך אַ פּידמעטיק איז ביי אים צעריסן און ער וואָלט זיך פאַרטשעפּעט אין אים, ווען אין דער אמתן איז דאָס ניט אַזוי, און יעדעס מאָל דאַכט זיך אים דעמאָלט נאָך, אַז עמעצער טוט אים פון דרויסן צוריק אין שטוב אַריין אַ שטויס, גלייך ער זאָגט אים, אַז ער האָט שוין ניט וואָס צו טאָן אין דרויסן.

↤ 162

און נאָך און נאָך סימנים. נאָר דער עיקר, זאָל ער היינט הערן, ווי ער, דער גאָטס־רחמנות, דעם באַלעבאָס ברודער, אַלטער, אין זיין אייבערשטיבל שרייט, ווי ער האָט ביז אַהער קיינמאָל ניט געשריען. און דאָס איז אַ סימן, אַז עפּעס דאַרף דאָ געשען, אַז דער דאָמאָוואָי איז הונגעריק, אַז ער דאַרף אַ קרבן...

— און באַזונדערס פילט ער עס, זינט ער... יענער... איז געקומען, — האָט מיכאַלקע דאָ, ווי געהיים זיך אומקוקנדיק, אַ זאָג געטאָן, און ווער דער „ער”, דער „יענער”; ניט דערקלערט און זיין נאָמען ניט אָנגערופן.

— ווער? — האָט אים סרולי אַ פרעג געטאָן.

— ער, דעם באַלעבאָס צווייטער ברודער, דער גאַסט, וואָס (ער ווייסט עס אויף זיכער, מיכאַלקע) איז ניט קיין רב, ניט קיין רבי, נאָר אייערער אַ מכשף און דעם דאָמאָוואָיס אַ מחותן, — האָט ער נאָך געהיימער און ווי אַ מאַגיש שפּריכוואָרט, אי הויך אי שטיל צוזאַמען, דאָס וואָרט אַרויסגערעדט.

ער האָט נאָכדעם סרולין דערציילט, און בשעת־מעשה זיין קול ביז אַ סוד כמעט דערפירט, אַז ער געדענקט אים פון אַלעמאָל, ווען ער פלעגט צוגאַסט קומען, אָבער קיינמאָל האָט ער זיך ניט אויפגעפירט, ווי איצטער — מאָדנע.

און דאָ האָט ער ווידער סרולין אָנפאַרטרויט, אַז זינט ער איז געקומען, זעט ער אים אַלע נעכט הינטער די טירן און פענצטער אומגיין און אַפילו אויך הינטער זיין, מיכאַלקעס, טיר. ער האָט מורא מיט אים זיך צו טרעפן, מיט אים זיך באַגעגענען, אַפילו בייטאָג... ער פילט, אַז עפּעס האָט ער מיט זיך ניט גוטס מיטגעבראַכט. און זאָל סרולי פאַרגעדענקען, הלוואי ער זאָל ליגן זאָגן, מיכאַלקע, הלוואי זאָל זיך עס ענדיקן נאָר מיט אים... ער לאַכט? זאָל ער ניט לאַכן! מיכאַלקע ווייסט און איז אַ מבין אויף אַזוינס.

דאָ איז סרולי אויף אַ וויילע ערנסט געוואָרן. באַלד אָבער האָט ער זיך געכאַפּט, זיך צעלאַכט, און דאָס גאַנצע ביסל אינטערעס, וואָס ער האָט כלומרשט געהאַט, אַריינקומענדיק און ביז אַהער אויסהערנדיק מיכאַלקען, האָט זיך אים מיטאַמאָל אויסגעלאָזט: ער האָט געקוקט אויף אים, ווי אויף איבעריקס. ער האָט אים געשטערט און זיין עובד־בטלע פלוידעריי איז אים מער אין קאָפּ ניט געקראָכן.

מיכאַלקע האָט אָבער ניט פאַרשטאַנען, ער האָט ווייטער פאַרזעצן געוואָלט און זיין אינטערעס צו דערציילן און אין שמועס זיך אונטערהאַלטן מיט סרולין וואָלט זיך אָן אַן עק און אָן אַ פרעג געצויגן. האָט זיך אָבער מיטאַמאָל פון קיך צו מיכאַלקען אַ קול רופן דערהערט, וואָס צו מיכאַלקען אַליין וואָלט עס זיכער אַזוי גיך ניט געווען דערגאַנגען. זייענדיק אָבער מיט סרולין, און מחמת יענער האָט פון אים איצט געוואָלט פּטור ווערן, האָט ער אים גלייך אויפמערקזאַם געמאַכט און אים אויף דער טיר צו דער שטוב־קיך אָנגעוויזן:

— זאָל ער גיין, מע רופט אים, מיכאַלקען.

↤ 163

מיכאַלקע איז האַלב־צעקראָכן און ניט איבעריק גערן פון שטיבעלע אַרויס. דאָס מאָל אויף גאַנץ לאַנג, און ווי ס׳האָט זיך דערנאָך אַרויסגעשטעלט — אויף עטלעכע אַרבעטן מיטאַמאָל אָפּצוטאָן, און דאָס האָט ביי אים היפּשע צייט געפאָדערט.

און סרולי דערווייל, מחמת ניט האָבן וואָס צו טאָן, און נישט וועלנדיק זיך צוריק צו די באַלעבאַטים אומקערן, האָט, אפשר, אַליין פאַר זיך ניט באַמערקט, אויף מיכאַלקעס באַנק־בעטל זיך אויסגעצויגן ליגן געטראָפן — אויפן פרעמדן געלעגער, אין אַ פרעמד סטרוזש־שטיבעלע אַן אורח, מיט דער איקאָנע און לעמפּעלע צוקאָפּנס, מיטן פיסל ווערבע־ און קרייטעכצער־ריח, מיטן אַלטן שווייס און געדעמפטער לופט פונעם אַלטן — און דאָס אַלץ האָט אים פּאַמעלעך, פּאַמעלעך דרעמלען געמאַכט...

צוגעגעבן דערצו — דער קאַלעמוטנער ווינטיקער דרויסן, וואָס האָט אויף אַלעמען אַן אומעט אָנגעיאָגט, און יעדערער האָט זיך, ווי נאָר געקענט, עפּעס בעסערס און היימלעכערס אָפּגעזוכט, — אָט דאָס אַלץ האָט סרולין די געשלאָגענע שיין און געדעמפטע לופט ליב געמאַכט, און אַ שלאָף איז אויף אים געקומען, און באַלד האָט אים דאָס שטיבעלע שוין אויך כראָפּען געהערט.

און פיל שפּעטער, ווען מיכאַלקע האָט זיין אַרבעט אין קיך און אין הויף שוין געהאַט פאַרענדיקט און צוריק אין שטיבעלע זיך אומגעקערט, האָט ער סרולין ערשט אין בעסטן מיטן כראָפּען געטראָפן, און פאַר דרך־ארץ און וועלן שאַנעווען דעם שלאָפנדיקן, האָט ער אים, נאַטירלעך, ניט געוועקט. פאַרקערט, ער האָט זיך אַ וויילע זייער שטיל געהאַלטן, דערנאָך נאָך שטילער פון שטיבעלע אַרויס און אויף אַליין פירגענומענער, פרייוויליקער און ניט־געצוואונגענער אַרבעט אין שטאַל און אין קאַמער זיך אַוועקגעלאָזט.

2

אַז משה מאַשבער איז יענעם פרימאָרגן אַרויס פון זיין הויז, כדי זיך צו לאָזן, ווי אַלע טאָג אין דער צייט, אין זיין געשעפט, אין זיין געלט־קאָנטאָר, האָבן אויף זיין געמיט געדריקט — ערשטנס, סרולי, וואָס תמיד, ווען ער דערזעט אים אין זיין ערד־קאָלירענער קאַפּאָטע, שניידט ער אים ביים האַרץ און ער זעט פאָרויס פאַר זיך אומאָנגענעמלעכקייט, ווי פון יעדער זאַך, וואָס איז אָנגענומען, אַז זי דינט פאַר אַ שלעכטן סימן. זעט ער אים בייטאָג, וועט דער אויפדערנאַכט זיין אַ שלעכטער, אויפדערנאַכט — וועט זיך ביינאַכט אים געוויס עפּעס חלומען, און אינדערפרי ווען — וועט דער גאַנצער טאָג אים ניט גוט גיין און: האַלב לעבן וועט אים ניט ניחא זיין, אַזוי אויך דאָס מאָל: ער האָט געפילט, ווי מע וואָלט פאַר אים די גאַנצע צייט דורכגעגאַנגען און געשניטן מיט אַ דימענט איבער גלאָז. סרולי איז אים ↰ 164 פאַר די אויגן געשטאַנען מיט זיין זייטלדיקן גאַנג, מיט זיין קרום־קוקנדיקן גליק, אויך מיט זיין שווייגן ביים אַריינקומען, זיין גאָרניט ווינטשעווען קיינעם, און דאָס צוריק־שווייגן פון אַלע משהס אייגענע היינט, בשעת סרוליס ווייזן זיך אין שטוב.

דאָס צווייטע — לוזי: דער שווערער שטיין אויף זיין געוויסן. ער האָט געפילט, אַז די מחלוקת און די אומצופרידנקייט מיטן ברודער איז ניט נאָר דערפאַר, ווייל יענער האָט אָפּגעקערעוועט פון אַלגעמיינעם וועג און האָט אָנגענומען אַן אַנדער שיטה, וועלכע שטימט ניט מיט די אַלגעמיין אָנגענומענע. ניין, ווייל סוף־כל־סוף לאָזט זיך אַזוינס, ביי גוטן ווילן, אויב אַפילו יענער איז אין טעות, מוחל זיין, די שאַרפע שפּיצן־אונטערשיידן — פאַררייבן, און ווי־ס׳ניט־איז, און אויף אַ געוויסן אופן אַפילו מיט יענעמס טעות שלום מאַכן און זיך צוזאַמענלעבן.

ניין, ניט דערפאַר און ניט דאָס די הויפּט־סיבה. דערהויפּט איז דאָס, פילט משה, וואָס יענער איז דאָ קעגן איינעם אַן עיקר אַרויסגעטראָטן, קעגן דעם, וואָס איז פון דער גאַנצער וועלט אָנגענומען און וואָס די גאַנצע וועלט האַלט זיך אויף אים; קעגן דעם מעגן דערווערבן און שטרעבן וואָס מער צו דערווערבן, רייך צו זיין, רייך צו ווערן און זיך ניט שעמען דערמיט... און ביי לוזין, פילט ער, וואָס איז ביז אַהער צו אַזוינע זאַכן גאָר גלייכגילטיק געווען, האָט זיך דערמיט ניט פאַרנומען, און צי יאָ רייך צי ניט רייך איז אים ניט אָנגעגאַנגען, זיך ניט אַרומגעקוקט דערויף, — ביי לוזין, פילט ער, איז איצט אין דעם זינען אַ שטיק איבערקערעניש געקומען. עפּעס קוקט ער קרום, מיט ביטול און אַפילו מיט פאַראַכטונג, גלייך ער האַלט פאַר אַן עבירה דאָס צו זען, צו קוקן דערויף, ווער שמועסט — דערפון הנאה צו האָבן.

און דאָס באַמערקט ער, משה, ביי לוזין די גאַנצע צייט פון זיין לעצטן זיין דאָ — אין זיין בליק, אין זיין האַלטן זיך, אין זיין לחלוטין גלייכגילטיקער באַציאונג צו אַלעם דעם, וואָס איז נוגע אים, משהן, מיט וועלכן אַן אַנדערשמאָל פלעגט ער זיך, אויב ניט איבעריק, דאָך אינטערעסירן, אים אויספרעגן, ווי ס׳גייט א. אַז. וו. דאָס מאָל אָבער איז ער, ווי אַ פרעמדער, וואָס ניט נאָר ער אַליין פרעגט ניט, נאָר אַז מע דערציילט אים, דרייט ער זיך אויס פון צו הערן, גלייך ס׳איז ניטאָ דערפאַר קיין אָרט אין זיין אויער.

אמת, אים, משהן, גייט ניט אָן און ס׳אַרט אים ווייניק, צי אינטערעסירט זיך מיט דעם יאָ זיין ברודער, צי ניט, ווייל ער אַליין איז אין דעם זינען ווייט אַוועק, און ס׳זיינען שוין אַוועק די יאָרן, ווען נאָך יעדעס מאָל אַרויפשטייגן אויף אַ נייעם שטאַפּל פון רייכקייט און וואוילשטאַנד, פלעגט ער זיך צוריק אומקוקן, זען, צי איז ער אָרנטלעך געשטיגן, און יעדעס מאָל זיך אָנפרעגן וועגן דעם ביי זיין ברודער, ווי ביי זיין געוויסן.

ס׳זיינען אויך אַוועק די יאָרן, ווען יעדעס מאָל, צווישן געשעפט און געשעפט, ↰ 165 פלעגט ער ווי געוויסע הפסקות מאַכן, ווי זיך אָפּשטעלן, זיך אויפהאַלטן, זיך זאָגן: „גענוג אַ וויילע” — און אַ געוויס שטיקל צייט מיט העכערע ענינים זיך פאַרנעמען. אַמאָל צו זיין רבין אַוועק, אַמאָל צו זיין ברודער, און אויף אַן איידעלן אופן אַ געוויסע צייט דערווייטערט פונעם אַלטעגלעכן פאַרברענגען.

איצט אַוועק די צייט. פון געשעפט צו געשעפט קיין הפסקות. ער איז אַזוי פאַרשלונגען, גלייך ניט ער שוין פירט אָן מיט די געשעפטן, נאָר זיי מיט אים; ער הערט קיינמאָל ניט אויף פון זיי צו טראַכטן, ער קאָן ניט אויפהערן, אַפילו ער זאָל וועלן, און, ווי אים דאַכט, וויל ער אויך ניט אויפהערן.

און דער ברודער קומט אים ווי אין אַ זינד דערמאָנען, באַזונדערס די לעצטע צייט, זיין לעצט מאָל קומען, און באַזונדערס מיט זיין באַשלוס דאָ אין שטאָט צו פאַרבלייבן, וואָס, ווי ער ווייסט, וועלן דערפון רייבונגען אַרויסקומען; מחמת ער פילט, אַז אין זיין ברודערס האַרץ האָט זיך אַ פאַראַכטונגסגעפיל געזעצט בנוגע אַלעם דעם, מיט וועלכן ער, משה, איז אַזוי פאַרשלונגען, מיט וואָס ער איז טאָג ווי נאַכט פאַרנומען. און דאָס טוט אים ניט אָנשטיין, און ער ווייסט, אַז פריער וועלן דערפון קליינע מחלוקות זיין, דערנאָך וועלן, מעגלעך, אויך גרויסע אויסברעכן.

דערצו נאָך ווייסט ער און קען זיך פאַר דער לעצטער צייט, אַז צוזאַמען מיטן וואוקס פון זיינע גוט־גייענדיקע געשעפטן, צוזאַמען מיט זיין גרויסן אָנזען אין שטאָט און ווייט אויך אויסער דער שטאָט צווישן סוחרים, געלט־לייט, גבירים און זיין גלייכן; צוזאַמען מיטן גליק, וואָס קומט שטראָמענדיק צו אים אָן פון אַלע זייטן, צוזאַמען מיט דעם אַלעם, האָט זיך, אפשר קעגן זיין ווילן, אַ געוויסע מידה אין אים געשטאַרקט, — די מידה פון נצחון, וואָס פריער האָט ער ניט געוואוסט פון איר, זי איז אים פרעמד געווען, אים, ווי אַלע זיינע אייגענע פון זיין פאָטערס הויז, אויף וויפיל ער געדענקט, און איצט שטאַרקט זי זיך פון מאָל צו מאָל און ווערט אַ באַגלייטערין און מיט־שותף פון זיין גליק און קאָן ניט ליידן, אַז מע שטעלט זיך איר אַנטקעגן.

אָט די מידה זיינע, באַמערקט ער, בנוגע סוחרים, געשעפט־לייט, וואָס יעדעס מאָל, ווען ס׳גייט אים אין נצחון, איז ער גרייט צו אַ וואָסער־ניט־איז געשעפט וויפיל ס׳ניט איז צו דערלייגן, אַבי זיינס אויספירן; פאַרלירן, אַבי זיין נגידישן האָנאָר אויסגעווינען. און אויך אין דעם פאַל מיטן ברודער, דאַכט אים, הייבט עס אים אָן גיין אין האָנאָר. ס׳איז רעכט, אַז יענעמס באַשלוס אין N צו בלייבן, וואָס ער, משה, האַלט אים ווי אַ באַשלוס קעגן זיך, קעגן דעם, וואָס איז אים ניט אָנגענעם, זאָל ביי אים, — ניט געקוקט דערויף. וואָס דאָ האַנדלט זיך וועגן ברודער, מיט וועלכן ער האָט יאָרנלאַנג געלעבט איין נשמה, איין זעל, און פאַר וועלכן ער האָט אַזויפיל אָפּשיי געהאַט, ביז אים צו האַלטן, כמעט, ווי זיין רבין, פאַר אַ מורה־דרך *), — ניט געקוקט ↰ 166 דערויף, איז רעכט, אַז איצט זאָל אָט דער באַשלוס אים שטאַרק דערווידער זיין און אויף זיין געמיט אַזוי שלעכט ווירקן, ווי, ניט צו פאַרגלייכן, סרולי האָט אויף אים היינט שלעכט געווירקט.

*) וועג־ווייזער.

אָט אַזוי האָט משה געטראַכט, בשעת ער איז יענעם פרימאָרגן פון זיין הויז אַרויס.

ער איז באַלד דערנאָכדעם דורכגעגאַנגען זיין שטיל־אָפּגעלעגענע גאַס און איז אַרויף אויפן בריק, וואָס פירט דורכן טייך צו דעם אייבערשטן טייל שטאָט. לייענדיק אויפן בריק, האָט ער דאָס מאָל ניט באַגעגנט, ווי יעדעס מאָל ער איז געוואוינט, מיט אַ גוט אויפגעלייגט פּנים אַלע די, וואָס גייען אים אַנטקעגן פון שטאָט און טראָגן אים דעם גוט־מאָרגן אונטער. ניין, דאָס מאָל האָט ער ווי קיינעם גאָר ניט באַמערקט, — ניט די, וואָס זיינען אים אַנטקעגן געקומען, אויך ניט די, וואָס זיינען אים פון הינטן אָנגעגאַנגען.

ער האָט אַפילו ניט באַמערקט דעם שלעכטן ווינט און וועטער, וואָס שטויבט ביי די ברעגעס פון טייך, וואָס מאַכט אויך דעם גאַנצן טייך פאַרטונקלען און בייגט די היטשקעס פונעם הויך־ און געדיכט־וואַקסנדיקן טשערעט, וועלכער פאַרנעמט אַ היפּשע שטרעקע טיף אין וואַסער, היפּש ווייטער פונעם ברעג. ער האָט ניט באַמערקט אויך דאָס, וואָס צווישן טשערעט־געדיכטעניש איז אויך היינט, ווי אַלע תמיד און אַלע פרימאָרגן, זומער און ביזן טיפן האַרבסט אַריין, דער עובר־בטלער, אַלטער פישער געשטאַנען מיט די אָנגעדראָלענע פיס און וואַסעריק־צעלאָזענע אויגן אויף זיין קליין, שמאָל מולטער־שיפעלע דעם דורכגענעצטן און נאַסן — יענעם פישער, וועלכן תמיד טוט ער יאָ באַמערקן, אים לייכט באַדויערן און טוט פאַר אים כלומרשט זיין לעבנס־ און פּרנסה־חשבון מאַכן, גלייך יענער האָט אים דערויף באַפולמעכטיקט, ווייל אַליין איז ער שוואַך אין חשבון.

ער האָט אויך ניט באַמערקט, ווי אַזוי ער איז אַרויפגעקומען אויף דער גאַס, וואו זיין קאָנטאָר האָט זיך געפונען, און אויך ניט, — אַז ביים טראָטואַר, לעבן הויז פון קאָנטאָר, איז עפּעס איצט אַ בריטשקעלע געשטאַנען, וואָס געוויס האָט דאָס באַדאַרפט באַטייטן, אַז עמעצער פון דער פרעמד, פון דער געגנט פון אַ פּריצישער עקאָנאָמיע אַ שליח איז אַהער צוגעפאָרן, וועלכער דאַרף צו אים אין קאָנטאָר האָבן, האָט דעם פורמאַן אין דרויסן געלאָזט און אַליין אַריין אינעווייניק.

ס׳האָט אויך געקאָנט זיין פון אַ קליינשטעטלדיקן יידן, אַ פאַרמעגלעכן סוחר, וועלכער האָט צוליב געשעפט געדאַרפט צו משהן נייטיק און האָט אויף גאַנצפרי, גלייך צו דער עפענונג פון קאָנטאָר, צום אָנהייב טאָג אויסגערעכנט און זיך צוגעשטעלט.

מעגלעך אָבער, אַז ניט קיין פרעמדער, גאָר אַליין טאַקע משהס אַ שליח, אַן אייגענער, — מערסטנס דער יונגער איידעם זיינער, נחום לענטשער, ↰ 167 וועמען ער פלעגט, מחמת זיין גוט פּויליש רעדן, פון צייט צו צייט איבער דער פּראָווינץ, איבער פּריצישע גיטער אַרויסשיקן, ווען ער, משה, האָט צו זיי, צו די פּריצים, געדאַרפט: אָדער געלט און פּראָצענט פון אַלטע הלוואות אויפמאָנען, אָדער געשפּרעכן פירן און פאַרהאַנדלען מיט זיי וועגן נייע.

דאָס מאָל האָט די בריטשקע געהערט טאַקע ניט קיינעם, נאָר אַליין משהן.

זי האָט נאָר־וואָס טאַקע זיין איידעם פון אַ פּראָווינץ־רייזע געבראַכט. אָבער ניט ווי דער שטייגער, איז זי דאָס מאָל עפּעס ניט אַהיים פאַרפאָרן, נאָר צו דער קאָנטאָר, וואָס דאָס האָט געזאָלט זיין אַ סימן, אַז עפּעס איז אויך די רייזע געווען ניט ווי דער שטייגער.

עפּעס האָט, ווייזט אויס, דאָס מאָל נחום פון וועג אָדער גאָר געוואונטשענע, אָדער גאָר ניט קיין געוואונטשענע ידיעות און רעזולטאַטן געבראַכט, און דאָס האָט אים געדינט פאַר סיבה, ער זאָל גלייך פון וועג אַהער פאַרפאָרן, כדי, אויב מיט גאָר אַ גוטער ידיעה, זאָל ער זיך פאַרן שווער באַרימען, און, ווי ער איז געוואוינט געווען, אויף אַ קול, אַז אַלע זאָלן הערן, מיט אים זיך טיילן; און אויב פאַרקערט, ניט גוט, זאָל ער אים בסוד צו וויסן טאָן און שוין ניט אויפן קול זיך פאַרענטפערן, אָבער פאָרט זיך אַרויסשטעלן און די זאַך אַזוי אויסלייגן, אַז ווען ניט ער, וואָלט געווען ערגער, ווען ניט ער, וואָלט נאָך, מעגלעך, פיל שלימערס פּאַסירט.

און אַזוי איז דאָס טאַקע געווען.

אַז משה איז איצט צו זיך אין קאָנטאָר אַריין, אַזוי איז נאָך איידער ער האָט דערזען די באַשטענדיקע באַזוכער פון זיין קאָנטאָר, יענע, וואָס קריכן כמעט קיינמאָל ניט אַרויס פון דאָרט, און וואָס יעדעס מאָל, ווען מע קומט, טרעפט מען זיי אָדער פירן געשפּרעכן מיט די אָנגעשטעלטע, אָדער אין אַ רעדל — איינס מיטן אַנדערן, ווי שלום שמאַריאָן, צאַלי דערבאַרעמדיקער און אַנדערע — האָט זיך אים אַ וואָרף געטאָן אין די אויגן נחום, דער הויכער, שטאַלטנער איידעם זיינער.

אגב: דער האָנאָרעוואַטער און ניט קליין ביסל באַרימער, ווייל זיין פאַמיליע האָט פון היפּשע דורות, צוליב געשעפט, נאָר מיט פּאָליאַקן פאַרקערט, און וואָס אויך אין זיין יידיש־רעדן האָט עפּעס אַ געוויסער שטאָלץ געקלונגען, באַזונדערס אינעם וואָרט „עך”, מחמת ער האָט געשטימט פון קאַמענעץ, און ווי אַלע פון זיין האַלב־בעסאַראַבישער געגנט, האָט גערעדט מיטן „עך”, „לאָנג” און „געגאָנגען”.

ער איז געווען האַלב־חסידיש, האַלב־פּריציש געקליידט. תמיד אַ שטאַרק זויבערער, וואָס האָט זיך דער עיקר מיטן אופן, ווי אַזוי ער האָט אַפילו די וואָכעדיקע קליידער געטראָגן, זיך אויסגעטיילט פיל צום בעסערן פון אַלע אַפילו זיין גלייכן רייכע איידעמס. זיין שוואַרץ בערדל האָט זיין ווייס פּנים מיט זיין קורצלעך־אומרואיקער נאָז שטאַרק אויסגעטיילט.

↤ 168

דאָס מאָל איז זיין פּנים געווען ווייסער ווי געוויינלעך, און אויף וויפיל אַ ווייס פּנים קאָן אויף זיך בלאַסקייט נעמען — אויך בלאַס, וואָס דאָס האָט מען געקאָנט דערקלערן אין געוויינלעכע פאַלן מיט ניט שלאָפן נאָך אַ רייזע־נאַכט און מיט וועג־מידקייט. אָבער ניין, איצטיקס מאָל האָט מען דערויף, אויסער מידקייט, נאָך עפּעס דערקענט: עפּעס האָט, ווייזט אויס, מיט אים געטראָפן.

דאָס האָט זיך אויסגעדריקט ניט נאָר אין נחומס צו אָפטן, אומרואיקן שמאָרען מיט דער קורצלעכער נאָז, וואָס דאָס טרעפט אים אָפט אַפילו ווען ניט איבעריק אומרואיק, נאָר אין זיין אומגעדולדיקייט, וואָס אין זיין גאַנצן קערפּער אויסגעדריקט. אָט די אומגעדולדיקייט האָט אים איצט געמאַכט איבערן קאָנטאָר זיך אומדרייען, אים געמאַכט, ווי איבער די אָנגעשטעלטע און באַזוכערס קעפּ אַריבערקוקן, ניט ענטפערן גערן אויף די פראַגעס, וואָס מ׳האָט אים געפרעגט, אָדער ענטפערן קורץ, אָפּגעהאַקט, ניט ווילנדיק, און די גאַנצע צייט האַלטן די אויגן צו דער טיר געווענדט, פונוואַנען ער האָט געוואַרט, אַז עמעצער — — דאָס מאָל געמיינט זיין שווער, משה, — דאַרף זיך באַווייזן.

ער, נחום, איז טאַקע גלייך אָנגעפאָרן, ווי נאָר די קאָנטאָר האָט זיך אויפגעעפנט. דער באַלד־אָנגעקומענער שלום שמאַריאָן, דער, וואָס פעדערט זיך כסדר און איז תמיד פון די ערשטע אין קאָנטאָר, דערזעענדיק זיין צערודערטן אויסזען, האָט זיך גלייך געפּרואווט לעבן אים אַ רייב טאָן מיט זיין פרום־פוקסיש פּנימל און מיט זיין קעפּל, וואָס אין אַ זייט אָנגעבויגן, געפּרואווט צו אים אונטערקומען און מיט חניפהדיקע, זיסלעכע רייד אים גענומען ווי אַרומשמעקן. ער האָט גענומען אויסטאַפּן, פונוואַנען ער קומט, געפּרואווט טרעפן, פון וואָס פאַר אַ פּריץ אין דער געגנט און אויספרעגן, וואָס הערט זיך, און דער עיקר — הינטנאַרום אים אין די אויגן אַריינקוקן, און דאָס, וואָס ער האָט געזען, אַז יענער וועט דערויף ניט ענטפערן — אַליין נאָר מיטן קוק אַרויסבאַקומען.

נחום אָבער האָט זיך ניט געלאָזט. ער איז דאָס מאָל, ווי ווייט מעגלעך, שמאַריאָנס פראַגעס אָפּגעקומען מיט קורצע, גאָרנישט זאָגנדיקע ענטפערס און אין מער לענגערע שמועסן זיך ניט אַריינגעלאָזט. ער איז אינמיטן די רייד אַפילו אָפּגעגאַנגען, כלומרשט ער דאַרף ביי עמעצן אַן אָנגעשטעלטן זיך עפּעס דערפרעגן. אין דער אמתן אָבער גאָר, כדי זיך אויסצודרייען, אַליין בלייבן און וואַרטן און אַרויסקוקן אויף דעם, וואָס איז אים אַמערסטן אין זיין אומגעדולד איצט נייטיק געווען — זיין שווער, משה.

און אָט איז יענער אַריין. באַלד זיינען אים, ווי געוויינלעך, די באַשטענדיקע באַזוכער אַנטקעגן געגאַנגען — ווער מיט אַ וויכטיקן ענין, מיט וועלכן ער האָט געוואַרט אויף אים, ווער ניט מיט קיין וויכטיקן, נאָר גלאַט, ווי דער ↰ 169 שטייגער, אַ נגיד אַנטקעגן צו גיין און דעם דרך־ארצדיקן פרימאָרגן אים אונטערטראָגן. אַז משה האָט אָבער מיטאַמאָל זיין איידעם אַ בלאַסן דערזען, און, ווי אים האָט געדוכט, אַ צערודערטן פון וועג, אַזוי האָט ער זיך ווי־ניט־ווי מיט די באַזוכער, קליענטן און געלט־מעקלער גלייך אָפּגעפאַרטיקט און פון זייער רעדל־אַרומרינגלונג זיך אויסגעדרייט.

ער איז גלייך דאַן צו נחומען צוגעגאַנגען און באַלד ביי די ערשטע ווערטער נאָר, וואָס יענער האָט פון מויל אַרויסגעלאָזט, האָט ער פאַרשטאַנען, אַז עפּעס האָט נחום דאָס מאָל פון וועג ניט גוטס געבראַכט און פון זיין פּנים האָט ער עפּעס אַ ניט קיין גוטע בשורה אַראָפּגעלייענט.

— קומט אַריין אַהין, שווער, כ׳האָב אייך עפּעס צו זאָגן.

געמיינט האָט דאָ נחום דאָס צווייטע, דאָס אַזוי־גערופענע „באַראַטונגס־צימער”, וואו משה פלעגט שטענדיק, אין קאָנטאָר זייענדיק, זיין זיץ־אָרט האָבן, וואו וויכטיקע קליענטן פלעגן פון אים אויפגענומען ווערן — סוחרים, פּריצים און זייערע באַפולמעכטיקטע — און וואו אַלע געשעפטן פלעגן דאָרט שטיל ביי אַ קיילעכיקן טיש און אויף אַ לייטישן אופן אַרומגערעדט און אָפּגעפאַרטיקט זיין, ווען זיי זיינען אַהין אַריין — פריער משה, נאָכדעם נחום — האָט נחום נאָך זיך די טיר פאַרמאַכט. דאָס האָט פאַר אַלע איבעריקע אין קאָנטאָר באַדאַרפט באַטייטן, אַז זיי, שווער און איידעם, זיינען איצט פאַרנומען און ווילן ניט, מע זאָל זיי שטערן. און באַלד טאַקע האָט משה אַ באַאומרואיקטער צו נחומען זיך אַ קער געטאָן און גלייך ביי אים אַ פרעג געטאָן:

— וואָס איז געשען?

תיכף אָבער, נאָך איידער ער האָט באַוויזן צו באַקומען אַ וואָסער־ניט־איז ענטפער, אַזוי האָט ער זיך גלייך דערמאָנט, פונוואַנען יענער קומט איצט, און וואוהין ער האָט אים מיט אַ פּאָר טעג פריער אויף דער געגנט אַרויסגעשיקט. אַז געשיקט האָט ער אים, דער עיקר, צום פּריץ רודניצקין, וועלכער האָט דורך אַ שליח פון זיין הויף צוריק מיט עטלעכע טעג ביי אים, ביי משהן, געבעטן, ער זאָל אים צושיקן די וועקסלען, וואָס האָבן די טעג געזאָלט אויסגיין און וואָס דער זמן זייערער צו צאָלן איז געקומען — ער וויל זיך צעצאָלן.

ער האָט זיך דערמאָנט אין רודניצקין דעם לעביונג, דעם מאָט, וואָס האָט שוין זיין גרעסטן טייל פאַרמעגן, ווי באַוואוסט, אויסגעלאַסן און אין פאַרשווענדערישע אויסברענגערייען צעטרענצלט. זיך אויך דערמאָנט, אַז ער, משה, האָט זיך צוליב די גרויסע פּראָצענטן, וואָס יענער האָט געצאָלט, ווען ער איז געענגט געווען און האָט געהאַט אַ הלוואה נייטיק, זיך פון אַ שמאַריאָנען אָדער פון אַן אַנדערן געלאָזט אָנרעדן אים אַ גרויסע סומע צו אַנטלייען, אַ גרעסערע, ווי מע האָט געמעגט און ווי דער געזונטער פאַרשטאַנד האָט דערלויבט. ער האָט זיך אויף פּריצישע פּראָצענטן געראַדעוועט און דעם קרן ↰ 170 איינגעשטעלט, נישט געקוקט דערויף, וואָס זיין אייגענער שכל האָט אים אָפּגעהאַלטן, און אויך אַנדערע, ביי וועמען ער האָט זיך דערפרעגט און וועלכע האָבן יענעם, דעם רודניצקין, גוט געקענט, האָבן געוואָרנט און ניט איבעריק גע׳עצהט.

ער האָט זיך דאָס דערמאָנט און נאָך איידער ער האָט באַוויזן פון נחומען אַ וואָרט אַרויסצוקריגן, אַזוי האָט ער פאַרשטאַנען, אַז דאָס האָט נחום אויף זיין איצטיקער רייזע געוויס פון יענעם אַ שלעכטן אָפּשניט באַקומען, אַז מעגלעך ער, משה, איז דאָ שוין ביי יענעם מיט אַ קאַפּיטאַל פון אַ היפּשער סומע טויזנטער פאַרריזנעט געוואָרן. אָבער, ניט וויסנדיק די סיבה, פאַרוואָס און ווי אַזוי, און די פּרטים גענוי, און אויך ניט גלייכן פעלנדיק, ווייל אייגן פאַרמעגן גלייכט זיך ניט, ווען מע פאַרלירט, האָט ער זיך אַ צווייט מאָל צו נחומען געווענדט און זיין פראַגע נאָכאַמאָל איבערגעחזרט:

— וואָס איז געשען?

— ס׳געשען, שווער, מיט רודניצקין, — האָט נחום, אַ בלאַסער פאַר זיין שווער שטייענדיק, געענטפערט.

— וואָס האָט געטראָפן? — האָט יענער אויף גיך איבערגעפרעגט, — אַנטלאָפן? אָנגעזעצט? ער צאָלט ניט?

— ניין, ערגער.

— וואָס קאָן דען זיין ערגער?

— אַפילו ווען ער צאָלט, וואָלטן מיר אונדזערס שוין ניט באַקומען.

— וואָס הייסט עס? — האָט משה אַן אויפגערעגטער, אַ פאַרבלעפטער אויסגעשריען.

— ס׳הייסט, אַז מיר האָבן אונדזערע וועקסלען פאַרלאָרן.

— ווער פאַרלאָרן, וואָס פאַרלאָרן? רעד דיבורים: דו? ווי, ווען און ווי אַזוי?

— ניין, ניט פאַרלאָרן. נאָר מיר האָבן זיי אָנגעוואוירן.

— כ׳פאַרשטיי ניט און הייב ניט אָן פאַרשטיין. וואָס מיינסטו דערמיט?

און דאָ האָט נחום גענומען אויסלייגן און דערציילן פאַר זיין שווער אַ לאַנגע שווערע געשיכטע, אַ געשיכטע אַן אויסטערלישע, וואָס טרעפט זיך זעלטן אַפילו אין געשעפטן מיט פּריצים, און אַפילו מיט אַזאַ, ווי רודניצקי, וואָס ווער ס׳האָט אים נעענטער געקענט, האָט זיך יאָ געקאָנט ריכטן אויף אַזוינס, אָבער, ווי געזאָגט, אַפילו פאַר רודניצקין אויסטערליש.

נחום האָט דערציילט, ווי נעכטן, אַז ער איז אָנגעקומען אין הויף, זיך געמאָלדן צום פאַרוואַלטער און איבערגעגעבן, אַז לויטן פּריצס בקשה האָט ער די וועקסלען מיטגעבראַכט און וויל זיך זען מיטן פּריץ, — האָט אים יענער, דער פאַרוואַלטער, געזאָגט, אַז ניין: איצט איז אוממעגלעך, דער פּריץ ↰ 171 האָט זיך שפּעט געלייגט, שפּעט מיט פּריצים פאַרבראַכט, ער וועט היינט שפּעט אויפן טאָג שלאָפן, און ער מוז אויסוואַרטן.

נאָך דעם, אַז ער איז אויפגעשטאַנען, האָט געפרישטיקט און האָט אים, נחומען, אַריינגערופן, האָט ער דערזען, אַז עפּעס איז ניט קיין גוטע שעה אויף אים, עפּעס איז ער שטאַרק צעדרייט: אַז מע רעדט צו אים, הערט ער שלעכט, און דאָס, וואָס ער הערט, פאַרשטייט ער ניט, — ווייזט אויס, פיל פאַרשפּילט פאַר דער נאַכט, אָדער אַן אַנדער אומאָנגענעמלעכקייט אַ פּריצישע.

אָבער אַז ער האָט סוף־כל־סוף באַנומען, צוליב וואָס ער, נחום, איז געקומען, האָט ער זיך צעהיצט, צעוואַרעמט, גלייך אַ גרויסער גוטער פריינט זיינער האָט זיך צו אים באַוויזן, וועלכן ער האָט שוין לאַנג ניט געזען. ער האָט אים אָפט ביים נאָמען גערופן: „פּאַן נחום, פּאַן נחום”... האָט אים אַ האַנט אויפן אַקסל אַרויפגעלייגט, דערנאָך אים אונטערן אָרעם גענומען און גענומען מיט אים איבער די פּאָקאָיעס אומגיין, פון איין צימער אין צווייטן אין די פיל צימערן וואָס אין שלאָס געפינען זיך. ער האָט אים פאַררעדט, אים באַשאָטן מיט פאַרשיידענע מעשיות, וואָס האָבן קיין שייכות ניט צום אייגנטלעכן ענין, צו די וועקסלען און צום צאָלן. האָט אים אויסדערציילט, וואו און מיט וועמען ער האָט זיך באַגעגנט, וויפיל און מיט וועמען פאַרבראַכט, וואָס פאַר אַ געשעפטן געמאַכט, וואָס געקויפט, פאַרקויפט, מיט וועמען אויף וואָס ער האָט זיך געביטן: אַ הונט אויף אַ הונט, אַ דינער אויף אַ דינער — מיט די פּריצים, אַ וואַלד אויף פעלד ,פעלד אויף וואַלד — מיט די פּויערים, און מיט די יידן, מיט זיינע נאָענטע פּאָסעסאָרס, שענקערס, אַרענדאַרעס, און אויך מיט ווייטע, פרעמדע — וואָס פאַראַ גליקן.

דערביי, דאָס אַלץ דערציילנדיק, איז ער געווען זייער אויפגעלייגט, זיך געהאַלטן אין איין באַרימען, אַז די לעצטע צייט גייט אים גוט, אַז איבערהויפּט, וואוהין ער ווענדט זיך ניט, גליקט אים זייער: זיינע פריערדיקע געשעפט־פירער, דעם פאַרוואַלטער און עקאָנאָם, וואָס האָבן ביי אים געגנבעט און זיך די קעשענעס אָנגעשטאָפּט, האָט ער אויפגעדעקט און אַרויסגעטריבן, און אויף זייער אָרט נייע, אָרנטלעכע אַריינגעקריגן. אַזוי, אַז פון היינט און ווייטער איז ניט שייך — ער איז מיט זיין פאַרמעגן געדעקט. פאַרקערט, ער הייבט אָן שטייגן, און זיין שלעכטער נאָמען צווישן סוחרים ביז אַהער, וואָס איז אים געקומען אַדאַנק דעם, וואָס זיינע אָנגעשטעלטע און פאַרטרויטע האָבן זיינע געשעפטן שלעכט געפירט, וועט איצט גאָר אַנדערש, אויף גאָר אַן אַנדער אופן, אָנהייבן קלינגען, ער מעג זיכער זיין, דער פּאַן נחום...

ער איז אַזוי אויפגעלייגט געווען און אין אַזאַ צוטרוילעכן ראַש אַריין, אַז ער האָט אים, נחומען, אויפן אויער איינגערוימט, אַז ס׳האַלט שוין אַפילו דערביי, אַז זי, יענע — ער ווייסט שוין, מסתם, ווער — וואָס האָט אים פאַרלאָזט און צו די איריקע קיין וואַרשע אַוועק, האַלט זיך שוין ביי אומקערן... ↰ 172 אמת, ס׳איז איר אַ היפּשע מתנה פאַרשפּראָכן. אמת, שוין אַפילו איינגעהאַנדלט די מתנה, פאַר וועלכער ער האָט, לייענדיק ביי איינעם אַ יידן געלט דערויף, אַ שטיק דויבישער וואַלד פאַרזעצט, און אויף גאָר ניט קיין געהויבענע באַדינגונגען, אָבער ס׳מאַכט ניט, ס׳אַ קלייניקייט... דער עיקר, וואָס די געשעפטן גייען גוט, דער עיקר, וואָס זיי וועלן ערשט אָנהייבן גוט גיין.

— און אָט זאָל ער זען, דער פּאַן נחום...

ער האָט אים דערנאָך אַ שטיק צייט איבער די פערד־שטאַלן און איבער די הינט־קאַמערן אַרומגעפירט, אים אויסגעוויזן און זיך באַרימט, אַז אַזוינס וועט ער ביי קיינעם פון זיין גלייכן, און אַפילו ביי רייכערע, ניט זיין גלייכן, ניט געפינען. ער האָט דאָס ליב, ער איז אַ מבין אויף אַזוינס, און אַנדערע פאַרשטייען ניט, האָבן קיין גוסט ניט און וועלן עס קיינמאָל ניט האָבן און פאַרמאָגן.

אַזוי ביז פאַרנאַכט — אין הויף, איבער די שטאַלן און איבער אַנדערע זעענסוויכטיקייטן. דאַן האָט ער אים ווידער אין די צימערן געבראַכט. און אַז ס׳איז שוין גוט פינצטער געוואָרן, אַז ער איז שוין מיד געוואָרן פון אומגיין, אויסווייזן און באַרימען זיך, איז ער מיט אים אין יאַגד־צימער געקומען, וואו די ווענט זיינען פון אויבן ביז אַראָפּ מיט פאַרשיידענע מיני געווער באַהאַנגען. אַ קליין טישל נאָר אין דער מיט, וואָס אויף דעם איז אַ קליינער שפּיגל געשטאַנען, צו וועלכן ער איז צוגעגאַנגען און האָט אויף זיך אַ קוק געטאָן... און פּלוצים האָט ער זיך אינגאַנצן געביטן, איז מיטאַמאָל עפּעס טרויעריק געוואָרן, און די גאַנצע פריערדיקע באַרימערישע היץ איז פון אים אַרויס.

ער האָט זיך ביים טישל אויף אַ בענקל אַראָפּגעלאָזט, געהייסן אַ דינער וויין ברענגען, פאַר זיך און פאַר נחומען, און אַז יענער האָט זיך אָפּגעזאָגט, האָט ער אַליין געטרונקען. דאָס מאָל שוין געשוויגן, אָפּגעקילט און אין אַ טיפער מרה־שחורה, און אַפילו די אָפט אויסגעטרונקענע גלעזער האָבן אים ניט דערוואַרעמט און פון זיין פאַרזונקענקייט און פון זיין פּלוצים אויף אים אָנגעפאַלענער נידערגעשלאָגנקייט אים ניט אַרויסגעשלעפּט.

דערנאָך האָט ער זיך פּלוצים אַ הייב געטאָן און ביי דער שוואַכער שיין פון דער איינציקער ליכט, וואָס האָט אויפן טישל געברענט, האָט גענומען זוכן אויף די ווענט, צווישן די פאַרשיידענע מיני געווערן. ער האָט עפּעס איינעם אַ פּיסטאָלעט אַרויסגעפונען, און מיט אים צו דעם שפּיגל צוגעגאַנגען. אים פריער צום האַרצן צוגעשטעלט, דערנאָך צום אָפענעם מויל, דערנאָך צום שלייף, גלייך ער האָט אויף פאַרשיידענע אופנים געפּרואווט, וואו בעסער איז אין זיך אַריינצושיסן, ווי שענער און ווי לייכטער דער טויט זאָל אים, הייסט עס, אָנקומען.

און מיטאַמאָל האָט ער זיך געווענדט צו אים, צו נחומען, צום דערשראָקענעם, וואָס די נשמה איז אים אַנטפאַלן, זעענדיק, וואָס ער, רודניצקי, ↰ 173 טוט און וואָס ער האָט דאָ בדעה צו טאָן און פירצונעמען. ער האָט זיך צעלאַכט. און אַז ער, נחום, זעענדיק אים אַ לאַכנדיקן, איז צו אים צוגעגאַנגען און מיט גרויס אָפּשיי, ווי מע ווענדט זיך צו אַ פּריץ, און בפרט נאָך, וויסנדיק, אַז ער איז אונטערן גלעזל, און, ווי אים האָט זיך געדאַכט, און, ווי ער האָט פאַרשטאַנען — אויך אין גרויסע צרות, און האָט גענומען אים אָפּהאַלטן: „זאָל דער פּריץ אַזאַ שפּאַס ניט טרייבן, ס׳איז געפערלעך. ער בעט אים זייער, ער האָט נאָר־וואָס אויסגעטרונקען, ס׳קאָן נאָך, חלילה, אַן אומגליק געשען, זאָל ער דעם פּיסטאָלעט אַוועקלייגן”, — האָט ער זיך ווידער צעלאַכט. אָבער מיטאַמאָל איז נאָכאַמאָל פינצטער געוואָרן, און, שטייענדיק און האַלטנדיק דעם פּיסטאָלעט אַזוי, ווי ער האָט אים פריער געהאַלטן, האָט ער אַ זאָג געטאָן:

— באַנקראָט יעסטעם, אינעגאָ וויסציאַ ניעמאַ — איך נין באַנקראָט, הייסט עס, און אַ פּריץ האָט קיין אַנדער וועג ניט.

און דאָ איז ער שטיל צו דער טיר צוגעגאַנגען, דורך וועלכער פריער איז דער דינער מיטן וויין אַריין, און האָט זי צוגעשלאָסן, און, צוריקקומענדיק פון דער טיר, האָט ער צו אים, צו נחומען, אַזוי געזאָגט:

— מיר זיינען אַליין, און איך שעפּ זיך איצט ניט. אָבער ס׳איז מיין לעצט. און ביי אים, ביים פּאַן נחום, אין די הענט איז זיין גאַנצער גורל איצטער... ער, נחום, איז דאָך אַליין אַ סוחר, ער ווייסט, וואָס קריטישע צייטן באַטייטן און ביי אים, ביים פּריץ, איז איצט קריטיש: קיין געלט האָט ער ניט, ער האָט זיך די לעצטע צייט שטאַרק פאַרשפּילט און אויך אין אַנדערע געשעפטן פאַרלוירן. נאָר קיין פאַרלוירענער אינגאַנצן איז ער ניט, ער גלייכט זיך אויסדרייען, אָבער צאָלן קאָן ער ניט, בפרט אַזאַ סומע, ווי אים, ווי נחומען און זיין שווער, קומט פון אים. אָבער דאָס איז ווייניק: ער איז אַ פּריץ, ער האָט האָנאָר, און דאָס דערלויבט אים ניט, ווי זיינע עלטערן האָבן זיך קיינמאָל ניט דערלויבט, אַ לעבעדיקער אָנזעצער צו גלייכן און אַ שם האָבן פאַר אַזוינעם. ער מוז די וועקסלען איצט אַרויסבאַקומען, אויב ניט, איז דאָ זיין ענדע. ער ווייסט, אַז נחום, דער קרעדיטאָר זיינער, אויב ער וועט אים אָפּגעבן די וועקסלען, וועט ער קיינעם ניט דערציילן: די סומע איז אַ צו גרויסע, און אויב מע וועט זיך דאָס אין דער סוחרישער געלט־וועלט דערוויסן, קאָן דאָס אים אַליין צו קרעדיט און אויך צו אַנדערע זאַכן שאַטן... ער איז דערום זיכער, אַז ביז אַ צייט, ביז זיין לאַגע וועט זיך פאַרבעסערן און ער וועט אימשטאַנד זיין אָרנטלעך און ערלעך (ער מעג זיין זיכער, דער פּאַן נחום) זיין חוב אומקערן, וועט די זאַך בלייבן צווישן אים און אים, נישט מער, ווי צווישן זיין שווער און זיי ביידע... אויב זשע ער, נחום, קאָן ניט, באַשטייט ניט, איז האָט ער, דער פּריץ, איצט קיין אַנדער ברירה...

און דאָ האָט ער נאָך צוגעגעבן און אַ פּאָר שווערע, פילבאַטייטנדיקע ווערטער געלאָזט פאַלן:

↤ 174

— זאָל ער געדענקען, אַז אויב דאָס געשעט, אויב ער מוז אין זיך איצט שיסן, קאָן פאַר אים, פאַר נחומען, גרויסע אומאָנגענעמלעכקייטן אַרויסקומען: זיי זיינען אַליין, נאָר אינצווייען, זיי ביידע נאָר אין צימער, און ער, נחום, דער קרעדיטאָר און דער פּריץ — דער בעל־חוב זיינער.

— און דו האָסט אים די וועקסלען אָפּגעגעבן? — האָט דאָ משה, די מעשה אויסהערנדיק, אויסגעשריגן, אויסער זיך פון אויפרעגונג און פונעם צופאַל, וואָס מאַכט זיך זעלטן אַפילו צווישן פּריצים און צווישן די אויסגעלאַסענע און אויף אַלץ פייאיקע.

— יאָ, שווער... און ווי וואָלט איר אויף מיין אָרט געטאָן? — האָט נחום געפרעגט.

— וואָס הייסט איך? .וואָס איז דאָס פאַר אַ פראַגע?

— איז וואָס אַנדערש האָט מען, נאָך אייער מיינונג, געקאָנט טאָן?

— וואָס הייסט, וואָס? אים איבעררעדן, איינרעדן, אַז מע מאָנט אים ניט, אַז מע וועט אים אויסוואַרטן, אַז מ׳האָט צייט, אַז קיינער וועט זיך דערפון ניט דערוויסן.

— און אַז מע האָט דאָס אַלץ געטאָן, געזאָגט, און אַז איך האָב גענוי אַזוי מיט אים איינגעטענהט, מיין ערלעך וואָרט געגעבן, אַז אַזוי וועט עס טאַקע זיין, און אַז ער האָט פאָרט געפאָדערט: אָדער די וועקסלען, אָדער זיין טויט?

— איז דורך אַ טיר, דורך אַ פענצטער, דורך אַלץ, וואָס מעגלעך, אָבער מע גיט זיך אַן עצה: מע שרייט, מע רופט מענטשן, מע רופט דינער פאַר עדות, מע טוט עפּעס: וואָס הייסט, מע גיט אָפּ?

דאָ האָט נחום, וואָס אויף אים איז טאַקע די גרויסע שולד געלעגן, די שולד פון אַרויסלאָזן און פּטרן אַ גרויס גוטס מיט אייגענע הענט, זיך אָבער דערמאָנט די לאַגע, אין וועלכער ער האָט זיך ביים פּריץ געפונען. ער האָט זיך דערמאָנט זיין פּנים, בשעת יענער האָט דאָס אַלץ צו אים גערעדט מיט אַ פאַרצווייפלט קול, ווי פאַר דער מיתה. די גאַנצע צייט פון זיין רעדן געהאַלטן דעם פּיסטאָלעט פאַר די אויגן און, ווי אויף זיין מלאך־המות, געקוקט אויף אים. ער האָט זיך דערמאָנט, אַז אויסער געלט, איז אויך ער אַליין אין אַ גרויסער סכנה געשטאַנען: אָדער אין אַ סכנה פון אַ בלבול, אָדער אפשר גאָר, ווער ווייסט, אויפן אָרט דערשאָסן צו ווערן. איז אָט, געדענקענדיק און דערמאָנענדיק זיך דאָס אַלץ, האָט ער זיך, ניט געקוקט אויפן ווייטיק פונעם געלט פאַרלירן, דאָך ווי אַ געראַטעוועטער פון געפאַר געפילט, און דאָס האָט אים מוט און זיכערקייט געגעבן זיין שווערס ווייטערדיקע טענות — „פאַר וואָס, פאַר וועמען און ווי אַזוי?” — מיט אָט וואָס אים אָפּצושלאָגן:

— שווער, ווער אַ פּריץ איז, ווייס עך! פּריצים קאָן עך בעסער פון אייך! און עך זאָג אייך: דאַנקט גאָט, וואָס איר שרייט איצט נאָר אויף אייער געלט. ס׳האָט געקאָנט געמאָלט זיין, איר זאָלט איצט שרייען אויף ערגערס...

↤ 175

— אויף ערגערס? וואָס קאָן דען זיין ערגער? — האָט משה ווייטער געשריגן.

— ערגער? ווען איר וואָלט אויף מיר, אויף מיין קאָפּ געשריגן... עך בין אַ טאַטע פון קינדער, און עך קען פּריצים בעסער.

דאָ האָט משה אויף זיין איידעם אַ קוק געטאָן און פאַרשטאַנען, אַז ער איז אפשר אַ ביסל גערעכט. אָבער די זאַך האָט אים דאָך געקאָכט: פאָרט איז דער איידעם פאַר אים גאַנץ געשטאַנען, און דאָס געלט, די וועקסלען, וועט ער שוין צוריק קיינמאָל ניט זען... און כאָטש נחום האָט אים אין ווייטעריקן שמועס פאַרזיכערט, אַז, צוריק גערעדט, קאָן מען ניט וויסן: פאָרט אַ פּריץ, און מעגלעך טאַקע, אַז ס׳איז אים דאָ ניט אין שווינדל, נאָר אין האָנאָר געגאַנגען, און ביי דער ערשטער מעגלעכקייט צו צאָלן, וועט ער זיין וואָרט האַלטן, כדי ווידער טאַקע פּריצישן האָנאָר צו באַווייזן — דאָך האָט אים די זאַך געקאָכט.

ער איז פון וואַנט צו וואַנט אין צימער אומגעגאַנגען, דעם איידעם געלאָזט שטיין אינמיטן, און פון זיין מויל האָט יענער אַלע וויילע געהערט אַזוינע ווערטער זיך אַרויסרייסן, ווי: ”שווינדלער, מאָט, ער וועט ביי מיר אין תפיסה פוילן, מע טאָר עס אַזוי ניט לאָזן”... און דאַן נאָך דעם, ווי ער האָט פאַרטראַכט, האַסטיק און ווי אַ חיה אין אַ שטייג אַ לאַנגע צייט אַזוי אומגעשפּאַנט, און אַלע וויילע נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל צו דעם זעלבן זיך אומגעקערט, זיך מיט טענות געווענדט: „אָבער ס׳איז דאָך ניט געהערט! ס׳איז דאָך איין מאָל אין טויזנט יאָר טרעפט זיך אַזוינס און יענער, דער איידעם, האָט ווידער און ווידער זיך אָפּגעשלאָגן מיט וואָס ער האָט געקאָנט, זיך פאַרענטפערט און אויף וויפיל מעגלעך, אים פאַרזיכערט און אים האָפנדיק געמאַכט, אַז ס׳איז נאָך ניט אַזוי, ער וועט זען, אַז די זאַך קאָן זיך נאָך איבערדרייען, און מייאש זיין זיך איז נאָך צו פרי, — איז אָט דעמאָלט האָט ער מיטאַמאָל נאָך דעם, ווי ער האָט אין קאָפּ פאַרשיידענע מיטלען און עצות געזוכט, אויפן איינציקן טעגלעכן געדאַנק אין איצטיקן מאָמענט זיך אָנגעשלאָגן, און נעמלעך: צו זיין אַדוואָקאַט זיך ווענדן, צו זיין פאַרטרויאונגס־מאַן, צו דעם, צו וועלכן ער ווענדט זיך כסדר אין קריטישע און אין ענגע פאַלן. דאָס צום ערשטן, נאָכדעם וועט ער זען.

ער האָט דערום דעם מאַנטל, וועלכן ער האָט, פון דער היים קומענדיק, נאָך ניט באַוויזן אין קאָנטאָר אויסצוטאָן ,טאַקע ניט אויסגעטאָן, באַלד האָט ער נחומען באַפוילן, ער זאָל אַהיים פאָרן, אין קאָנטאָר ניט פאַרבלייבן, און, נאַטירלעך, מיט קיינעם וועגן דעם קיין שמועס ניט האָבן. און ער אַליין האָט זיך צו דער טיר געלאָזט, אין צווייטן צימער אַריין, וואו זיינע אָנגעשטעלטע און די באַשטענדיקע באַזוכער האָבן זיך געפונען, האָט זיך ניט פאַרהאַלטן, ↰ 176 מיט קיינעם זיך ניט אָפּגעשטעלט, אַרויס און אַוועק אַהין, וואוהין ער האָט נאָר־וואָס געהאַט באַשלאָסן.

* *
*

ס׳איז אַ גרויסער קלאַפּ געווען פאַר משהן. נאָך אַזאַ איינער און נאָך אַזוינע עטלעכע, ווערט אַפילו ער, אַזאַ רייכער, ווי משה, חרוב. אויב אַפילו ניט מיט אַן אמת חרוב, אָבער אונטערגעריסן ווערט מען: ס׳הייבט זיך אָן שאָקלען דער באָדן אונטער די פיס. דער נאָמען ווערט פיל פון דעם אָן, און אַזאַ, ווי שלום שמאַריאָן און ווי אַנדערע פון די זייניקע, וואָס דרייען זיך אַרום אים, באַשמעקן אים, באַלעקן אים און חנפענען אים הינטיש אָן אַ שיער, הייבן אָן דערפילן נבילה, דרייען זיך אָפּ און נעמען זוכן אַנדערע, וועמען צו שמעקן און חנפענען.

ער, משה, האָט דערום גוט געוואוסט זיך צו היטן, און וואָס פאַר אַ זאַך ס׳זאָל זיך אים ניט מאַכן, איז דער עיקר האָט ער געזען, אַז יענע, די אויבן־דערמאָנטע פּאַרשוינען, זאָלן זיך דערפון ניט דערוויסן.

ער האָט דערום איצט, ווען ער איז דעם צווייטן צימער דורכגעגאַנגען און צו דער דרויסן־טיר זיך געלאָזט, דאָס פּנים פון די אַלע זיינע באַזוכער אָפּגעקערעוועט, ער האָט מיט זיי זיך מיט קיין בליק ניט געוואָלט באַגעגענען, כדי יענע זאָלן אין אים גאָרנישט ניט באַמערקן, און אויף זייער אופן, מיט זייערע הינטישע חושים, ניט נעמען אים שנאָרען, נישטערן, זוכן, פאָרשן, זיך נאָכפרעגן און פון דער לופט זיך עפּעס ניט דערוויסן.

ער איז אַרויס, און אין דרויסן ערשט האָט ער זיך דערמאָנט, אַז ער איז פון שטוב אינדערפרי שוין היינט, אין קאָנטאָר זיך לאָזנדיק, אַ צערודערטער אַוועקגעגאַנגען, אַז עפּעס איז אים אויפן האַרצן ניט געווען אויפגעלייגט, און שלעכטע סימנים האָבן אים היינט אויף אַ שלעכטן טאָג אָנגעזאָגט.

ער האָט זיך דערמאָנט אין לוזין, דערמאָנט דער עיקר אין סרולין, און יענער מיט דער תמיד אים אויפרעגנדיקער, ערד־קאָלירענער קאַפּאָטע איז אים פאַר די אויגן געשטאַנען, און אַ שטיקל מורא־האָבנדיקער געדאַנק איז אים איצט אין קאָפּ געקומען, אַ וואונטש, אַ מין געבעט:

— ס׳איז נאָך פרי, און דער טאָג האָט זיך אים היינט שלעכט געשטעלט.

זאָל, חלילה, ווייטער און מער שוין ניט טרעפן גאָרנישט.

* *
*

דער צופאַל האָט געוואָלט, אַז משהס וואונטש זאָל דאָס מאָל ניט דערפילט ווערן: אין יענעם טאָג איז נאָך עפּעס געשען. אמת, ניט קיין זאַך, וואָס איז אים טאַקע, משהן אַליין, אָדער זיינע אייגענע, נוגע, נאָר דאָך רעזולטאַטן ערנסטע, וועלכע האָבן אים גאָר נאָענט אָנגערירט.

↤ 177

ס׳איז פאָרגעקומען אין זיין צווייטן געשעפט, אויפן באַוואוסטן, גרויסן נאַפט־לאַגער זיינעם, וועלכער געפינט זיך אינמיטן גראָבן מאַרק און וואָס איז באַשטאַנען פון אַ קלייט מיט עטלעכע סקלאַדן.

אָנגעפירט האָט דאָרט משהס צווייטער איידעם, יאַנקעלע גראָדשטיין (וועגן וועלכן די רייד וועט זיין אויספירלעך שפּעטער, אויף אַן אַנדער אַרט), וואָס אים צו הילף איז געגעבן געווען אַ בוכפירער און נאמן אין איין פּערזאָן, איינער אַ ייד ליבערזאָן, און די הויפּטלעכע און שווערע אַרבעט איז געלעגן אויף די צוויי הויפּט־משרתים, אויף אליקומען און זיסיען, און אויך אויף דעם דריטן, דעם געהילף זייערן, אַ יינגל נאָך — קאַטערוכע.

זיי, אָט די משרתים, האָבן דאָס באַדאַרפט באַדינען די פיל קונים פון הורט (קיין לאחדים האָט מען דאָרט ניט פאַרקויפט) — די שטאָטישע, אָבער מערסט פון דער געגנט אַרום, וואָס פלעגן קומען מיט גאַנצע פורן און אין גרויסע פעסער זייער סחורה, דעם נאַפט, פאַרנעמען.

אָט די משרתים אַליין, און אַמאָל, ווען ס׳איז אַ סך אַרבעט געווען, אויך מיט דער הילף פון די מאַרק־טרעגערס, פלעגן די איינקויפער באַדינען — אַרויפשלעפּן די פעסער פון די סקלאַדעס, אַרויפקאַטשען אויף די וואָגנס, אָנלייגן, פּאַקעווען, און דאָס אָנגעפּאַקעוועטע מיט שטריק פאַרבינדן.

אליקום מיט די קורצע, גראָבלעכע פינגער, וואָס זיינען אים באַשטאַנען ווי נאָר פון צוויי גלידער, ניט פון דריי, ווי ביי אַלע מענטשן, איז געווען דער געזינטסטער: געטאָן און געאַרבעט האָט ער שטיל און פעסט, זיכער אין זיינע הענט און אין זיין גוואַרדיאַנישן וועזן. תמיד אַ שווייגנדיקער, אַ ביסל אַ שמייכלענדיקער, וואָס די גבורה האָט אים פון די אויגן אַרויסגעקוקט, די רויטקייט — פון די שווייגנדיקע באַקן, און אין מאַרק, און צווישן די טרעגערס אַפילו, האָט ער געשמט פאַר אַ גיבור, וואָס פאַר זיין פאַטש, למשל, איז מען געלאָפן, ווי פון אַ מגפה, און וועמען דער פּאַטש, נאָר איינער אַפילו, האָט געטראָפן, יענער האָט שוין געמעגט, האָט מען געזאָגט, זאָגן וידוי.

דער צווייטער — זיסיע. שוין אַן אָפּגעצערטער. אַ יונגערמאַן נאָך, ביי די דרייסיקער, אָבער שוין אַן אויסגעמאַטערטער פון ווייניק שכירות באַקומען — אַ קערבל מיט אַ פערטעלע אַ וואָך; דערצו נאָך מיט היפּש קינדער, דערצו נאָך האָט ער זיך אין דער קבצנישער מעלה געהאַלטן, און, ניט געקוקט אויף זיין קנאַפּן פאַרדינסט, האָט מען אים שבת־יום־טוב, למשל, ניט דערקענט — אַזוי פּיין אָנגעטאָן איז ער געווען: די הויזן אויף דער נאָט, די שטיוולעטן מיטן פּוץ, און ווינטער נאָך אַפילו מיטן טכוירענעם טוליפּ פון נאָך דער חתונה.

אַזוי איז ער אין דער מעלה, אַזוי אויך האָט ער זיינע קינדער געפירט. ער איז געווען אַ זון פון איינעם אַ יידן קאָסמאַן, שוין לאַנג געשטאָרבן, וואָס שוין פאַר זיין לעבן אַ יורד, און וואָס שוין ביי זיין לעבן האָבן זיינע קינדער געמוזט ↰ 178 אַוועקגיין דינען צו אַנדערע אויף גראָבער אַרבעט, און זיסיע איז צו משהן, וואָס האָט זיין פאָטער אַ ווייטלעכער קרוב אָנגעקערט, אָנגעקומען.

ער, זיסיע, כאָטש אַ קרעפטיקער אין געביין, כאָטש פיל כוחות נאָך אין די הענט, אָבער פון ווייניק שפּייז, וואָס האָט אים ניט אומגעקערט דאָס געזונט, וואָס ער האָט ביי דער אַרבעט געפּטרט, און פון פיל קאָפּדרייעניש, ווי אַזוי פון זיינע חובות ביי די וואָכערניקעס אַרויסצוקריכן, האָט ער אָפּגעצערט אויסגעזען און די באַקן פון די האָר פון זיין געפּוצט בערדל האָבן בלאַס אַרויסגעקוקט.

דאָס ווייב און די מוטער זיינע, מלכה־ריווע די אלמנה, קוקנדיק אַמאָל אויף אים, ווען ער פלעגט אַהיים קומען שפּעט אין אָוונט, אַ מידער, אַן אָנגעהאָרעוועטער, האָבן אונטערגעקרעכצט, מחמת זיי האָבן געוואוסט, פונוואַנען ער שטאַמט, געוואוסט פון דער משפּחה־קרענק, אַז זיין געזונט איז קריטשיק, און אַז אין דער אמתן, וואָלט ער גאָר אַנדערש באַדאַרפט לעבן, נאָר ס׳ניטאָ פאַר וואָס, און אויך קיין עצה ניט צו קריגן, פונוואַנען אויפן בעסערן צו נעמען: וואָכערניקעס זיינען וואָכערניקעס, און דער באַלעבאָס איז כאָטש אַ קרוב, דאָך אַ באַלעבאָס, און האָרעווען מוז מען.

דאָס איז דער צווייטער משרת. דאַן נאָך דער דריטער, דער יינגסטער, דאָס יינגל נאָך, קאַטערוכע — דער לעבעדיקער לונג־און־לעבער, דער באַשטענדיקער לץ, דער האָצמאַך, ווי דער גאַנצער מאַרק און די טרעגערס פלעגן אים רופן, וואָס ווער וואו און ווען מע פלעגט אים באַגעגענען, פלעגט מען אים אָנרוקן דאָס היטל איבער די אויגן, שנעלן אין נאָז, אָדער אַנדערש עפּעס אָפּטאָן, און ער איז קיינמאָל אויף קיינעם ניט ברוגז געוואָרן, פלעגט זיך אָפּווערטלען, צוריק עפּעס אָפּטאָן — קוויט, און פּאַני־בראַט מיט אַלעמען.

ער האָט אַלעמען געפאָלגט, געטאָן, וואָס מע האָט אים געבעטן, דער עיקר אָבער צו זיינע צוויי העכערע אָנגעשטעלטע צוגעבונדן, צו זיסיען, צו אליקומען, און פאַר זיי — אין פייער און אין וואַסער און ס׳איז פאַר אים גאָר קיין שווערס ניט געווען.

יענעם טאָג האָט זיך זיסיע, גלייך אויף דער אַרבעט קומענדיק, עפּעס ניט גוט געפילט. ער האָט אָפט אַ קעלט געשפּירט, נאָך דער קעלט אַ היץ אין לייב און אין פּנים. ער האָט שוין זיין אָרעמלעכן איבערבייסן ניט געגעסן, ווייל אויך קיין אַפּעטיט ניט געהאַט. אליקום און קאַטערוכע האָבן אים שוין די ניט גאָר נייטיקע אַרבעט פאַרשפּאָרט, און ווען זיי האָבן זיך אָן אים געקאָנט באַגיין, אים ניט דערלאָזט צו אַרבעטן. נאָר שפּעטער, בייטאָג־צו, ווען מיטאַמאָל האָט מען איינעם אַן אָנגעפאָרענעם קונה געדאַרפט אַרויסבאַגלייטן, ווייל ער האָט געאיילט, האָט אונטערגעטריבן און איז מיט זיין פורמאַן געשטאַנען איבערן קאַרק, מע זאָל אים וואָס גיכער, וואָס גיכער אויפגעבן און פאַרפּאַקעווען, ער דאַרף היינט אַהיים צו נאַכט נאָך אָנקומען — האָבן זיך די ↰ 179 משרתים אונטעראיילן גענומען. זיסיע, וואָס איז דעם גאַנצן פרימאָרגן אַ ביסל אָן אַ זייט געזעסן, האָט זיך מיטאַמאָל פאַרגעסן, און פון אַרבעט־געוואוינשאַפט, און זעענדיק, אַז יענע וועלן זיך אַליין ניט אופּאָרען, האָט ער זיי גענומען אונטערהעלפן. יענע, ווידער, מיינענדיק, אַז וויבאַלד ער העלפט, איז אַ סימן, אַז ער פילט זיך בעסער און איז בכוח, האָבן אים העלפן געלאָט, און פאַרוואָס ניט? זאָל ער...

דאַן האָבן זיי זיך אַראָפּגעלאָזט אין איינעם אַ טיפן סקלאַד, פונוואַנען זיי האָבן גענומען שלעפּן אַ גרויסע פיר־פּודיקע פאַס מיט שטריק דורך די נאַסע טרעפּ, וואָס מיט נאַפט פאַרפּאַפּט. אליקום און קאַטערוכע האָבן זי פון אונטן אַרויפדערלאַנגט, זיסיע מיטן פורמאַן פונעם קונה אויבן האָבן זי גענומען אַרויפציען, און ווען די פאַס איז שוין אַרויף און ווען אליקום מיט קאַטערוכען זיינען שוין, נאָכן אונטערשטופּן די פאַס, פון די פינצטערע טרעפּ אין דרויסן אויף דער ליכטיק אַרויס, אַזוי האָבן זיי פּלוצים דערזען זיסיען שוין מיטן שטריק אין האַנט אַ בלאַסן, אַ שווייגנדיקן...

ס׳איז אים מיטאַמאָל עפּעס ניט גוט געוואָרן. ער האָט ווי פאַרלאָרן דאָס לשון פון מויל, די הענט שלאַבעריק, אין די אויגן, ווייזט אויס, פינצטער, און דער קערפּער — ווי באַלד וועט ער אומפאַלן.

קאַטערוכע איז באַלד צו אים צו. יענער, זיסיע, האָט זיך אויף אים אַ ביסל אָנגעלענט. אויפן וועג פון סקלאַד צו די טרעפּ פון קלייט, וואוהין קאַטערוכע האָט אים געפירט, האָט מען געזען, אַז זיסיע ווערט בלאַסער און בלאַסער, די אויגן מאַכן זיך אים צו, און ער וועט שוין קוים, אַן אָנמעכטיקער, די פיס שלעפּנדיק, צו די טרעפּ צוקומען.

און אַז ער איז צו און זיך ווי אַן אונטערגעבראָכענער אַראָפּגעלאָזט, דעם קאָפּ אין אַ זייט, ווי אין חלשות, פאַרוואָרפן, האָט ער פּלוצים ווי עפּעס אַ שלוקערץ געטאָן, האָט דאָס מויל געעפנט, און, ווי צום ברעכן, האָט מיטאַמאָל פון האַלדז מיט בלוט אַ גאָס געטאָן.

קאַטערוכע האָט באַלד אַ ליאַרעם געמאַכט. אליקום האָט אים דעם קאָפּ אויפגעהויבן און אים עפּעס אַן אַלט שטיקל בגד, אָנשטאָט אַ קישעלע, אונטערגעלייגט. פון קלייט איז דער נאמן אַרויס. פון אַרום און אַרום, פון מאַרק, פון נאָענטע קלייטן האָבן זיך טרעגערס, משרתים און אַזוי זיך עולם גענומען צונויפקלייבן...

מע איז געשטאַנען, אין די ערשטע מינוטן ניט געוואוסט, וואָס צו טאָן. אייניקע האָבן גענומען זאָגן: „אַ דאָקטער... מ׳דאַרף אַ דאָקטער”. אַנדערע — אַז מ׳דאַרף אים אַהיים אָפּפירן. אייניקע זיינען שוין לעבן אים געשטאַנען מיט וואַסער און געשפּריצט אויף אים, אַנדערע האָבן געזאָגט: „מע דאַרף ניט”. אַן אַלטער טרעגער פון מאַרק, פרידל, איז צו אים צוגעגאַנגען און אים ↰ 180 גענומען ווי וועקן: זיסיע, לאָז זיך ניט אָפּ... זיסיע, מענטש זיך, נעם זיך אין די הענט!

באַלד האָט מען שוין אָבער געזען, אַז ער איז פאַרביי, און פונעם גרויסן עולם, וואָס האָט זיך אַרום אים אָנגעקליבן, האָבן זיך גענומען אויסטיילן רעדלעך און אַ ביסל אין אַ זייט אָפּגיין. די, וואָס זיינען געבליבן לעבן אים, די מער נאָענטערע באַקאַנטע משרתים, זיינען געווען אומבאַהאָלפן עפּעס צו טאָן. צוזעענדיק איצט זיין לאַגע און ווי זיך דערמאָנענדיק אין זייער אייגענער, זיינען זיי, ווי חיות איבער אַ קראַנקן זייער גלייכן, געשטאַנען, געשוויגן, און באַדענקלעכער אונטערטעניקער טרויער אויף זייער פּנים.

אַנדערע, וואָס נאָך דעם, ווי זיי האָבן אים אָנגעקוקט אַ וויילע, האָבן פאַר מיטלייד און רחמנות מער אויף אים ניט געקאָנט קוקן און זיינען אין אַ זייט צו אַ רעדל אָפּגעגאַנגען, האָבן צווישן זיך גערעדט, זיך געטיילט און צו דער אַלגעמיינער באַדויערונג אויך זייערע צוגעגעבן:

— זיך דערהאָרעוועט... — האָבן געזאָגט אייניקע.

— אונדזערן אַ ברודערס גליקן...

— אוודאי, — האָט אַ זאָג געטאָן אַ פרעמד־פאַרבייגייענדיקע פרוי, ווייזט אויס, פון אָרעמען גראַד, וואָס דאָס בילד פונעם בלוטנדיקן זיסיען האָט איר אין אייגענע, היימישע גרויסע אַנגסטן דערמאָנט: — אַוודאי! וואָדען? די נגידים גיסן זיך גאָלד אין האַלדז און ביי אָרעמעלייט גיסט זיך דאָס בלום פון האַלדז.

— וויסט איז דער מאַמע זיינער, דער מלכה־ריווען! איר לעצטער שוין איינציקער בוים, — האָט אַ זאָג געטאָן אַן אַנדערע, אַ באַרעמהאַרציקע מאַרק־יידענע, וואָס איז געקומען פון דער מיט אַרבעט, פון אַ זאַק שטריקן, און וואָס איינס אַ שפּיזל האָט איר אונטערן אויער געשמעקט.

— וואָס שטייט מען? וואָס לאָזט מען אים דאָ ליגן? וואָס איז דאָרט פאַר אַן אָרט פאַר אים? ער קאָן דאָך דאָ אַזוי אויסגיין! — האָבן שוין אַנדערע, פריש־צוגעקומענע, געשריגן.

— זאָל מען ברענגען אַ פורל, זאָל מען... גיכער! וואָס שטייט מען?

דעמאָלט האָט זיך דער נאמן, דער פרומער ליבערזאָן מיט דער פיין־אויסגעקעמטער באָרד, וואָס איז ריז אַהער געשטאַנען אַ קאַלטער, אַ געלאַסענער, גלייך ער האָט געוואַרט, אַז באַלד וועט זיך זיסיע אַליין אויפהייבן פון די טרעפּ, פון זיין בלוט און פון זיין חלשות, כדי פאַרשפּאָרן פון פרעמדע מיילער באַרעדט און באַדויערט צו ווערן; דעמאָלט, אַז צו זיין אויער האָבן שוין דערגרייכט די אויסגעשרייען און די פאָדערונגען עפּעס פירצונעמען און עפּעס וואָס גיכער און וואָס נייטיק איז צו טאָן פאַרן חולה, און דער עיקר, דערהערנדיק אויך, אַז פון זייטיקע און פרעמדע ווערט שוין דעם באַלעבאָס ↰ 181 נאָמען ניט צום איבעריק גוטן דערמאָנט, האָט ער, ליבערזאָן, ווי אַ שטענדיקער און אייביקאָניקער דינער, וואָס אַליין דער נאָמען „באַלעבאָס” מאַכט אים אַכטנדיק אויפציטערן און איז אים טייערער אַפילו פון די האָר פון זיין באָרד, האָט ער זיך איצט אַ כאַפּ געטאָן, איז אין קלייט אַריינגעלאָפן, צום טישקעסטל צו, פון דאָרט אייניקע מטבעות אַרויסגעכאַפּט, עס אויף גיך פאַרשלאָסן, צום עולם, וואָס אַרום זיסיען, אַראָפּ, און צו קאַטערוכען, וואָס איז אַ נידערגעשלאָגענער, ווי אַלע די אַרומיקע, געשטאַנען, אַ זאָג געטאָן:

— גיי ברענג אַ פורל, קאַטערוכע, נאַ דיר געלט, אָבער זע דינג זיך.

קאַטערוכע האָט אין עטלעכע מינוט אַרום אַ פורל געבראַכט. ער מיט אליקומען האָבן זיסיען ביידע אונטער די אָרעמס גענומען און אים פּאַמעלעכן אַרויפגעזעצט. אליקום איז, ווייל ער האָט נאָך פיל צו טאָן געהאַט, אין קלייט פאַרבליבן, און קאַטערוכען איז דערלויבט געוואָרן דעם קראַנקן אַהיים צו באַגלייטן.

דער עולם האָט זיך אין שטילשווייגן אַרום פורל געקליבן, ביז מ׳האָט זיסיען דאָרט אויסגעריכט און איינגעמאָסטעט, און אויך נאָך דעם, ווען דאָס פורל האָט גערירט, האָט דער עולם נאָך אַ שטיקל צייט זיך צוזאַמען געהאַלטן און די געשעעניש באַהאַנדלט.

אַליין נאָר דער נאמן, דער געטרייער בוכפירער מיט דער געקעכלטער באָרד, ליבערזאָן, האָט זיך באַלד פון עולם אָפּגעטיילט. ער איז אין קלייט אַריין, און שטייענדיק, ווי ער איז געוואוינט געווען, און אַ ביסל קורצזיכטיק דאָס לענגלעכע קוויטאַריש־ביכל פאַרן לינקן אויג האַלטנדיק, האָט, ווי כסדר ער שרייבט אַריין אַהין פאַרן קאַסע־בוך, אויך איצט אַריינגעשריבן:

„בעד עגלה להמשרת זיסיע... קאָפּ...”

אָט דעמאָלט האָט משה מאַשבער, גראָד פון שטאָט אָנגעקומען און דעם גראָבן מאַרק דורכגייענדיק, פאַר דער קלייט זיך באַוויזן. ער האָט, ווי צו אַ צווייט־מדרגה־געשעפט, זעלטן אַהין אַריינגעקוקט. איצט אָבער, פאַרבייגייענדיק און פאַרן קלייט עפּעס רעדלעך דערזען, האָט ער אַ פאַרחידושטער אַהין אָפּגעקערעוועט.

דער שמועסנדיקער עולם איז מיטאַמאָל אַנטשוויגן געוואָרן. מע האָט אים שווייגנדיק דעם וועג אָפּגעטראָטן און מיט די אויגן ביז די טרעפּ אויבן באַגלייט, און אַז ער איז אַריין און באַלד זיך צום אויפצאַפּלענדיקן ליבערזאָנען, וואָס איז אים אין גרויס דרך־ארץ אַנטקעגן געלאָפן, זיך געווענדט, אים אַ פרעג געטאָן: — „וואָס איז געשען? וואָס איז פאַר אַ רעדלעך פאַרן קלייט?”

— האָט אים יענער אין גרויס הכנעה באַלד באַרואיקן גענומען:

— ס׳גאָרניט... ס׳גאָרניט... ס׳איז זיסיען דעם משרת עפּעס ניט גוט געוואָרן... ס׳האָט זיך אים געלאָזט דאָס בלוט פון האַלדז, און מע האָט אים נאָר־וואָס אַהיים אָפּגעפירט...

↤ 182

3

אַוודאי וואָלט ניט געווען געדאַרפט זיין אַזוי, אַז אין יענעם אָוונט, וואָס נאָכן אויבן־דערמאָנטן טאָג, וועגן וועלכן מיר האָבן נאָר־וואָס דערציילט, זאָלן זיך צו משהן איבעריק מענטשן צונויפקלייבן. צוליב זיין שווער געמיט וואָלט בעסער געווען, ווען מע וואָלט אים דעמאָלט געלאָזט צורו. האָט זיך אָבער געמאַכט פאַרקערט, אַז גראָד אין דעם אָוונט האָבן מענטשן זיך יאָ גענומען קלייבן. צוערשט ליבערזאָן, דער בוכהאַלטער, וועלכער האָט געפילט, אַז דער צופאַל, וואָס איז היינט בייטאָג פאָרגעקומען אין קלייט מיט זיסיען, וועט, מעגלעך, אויפדערנאַכט האָבן אַ געוויס שטיקל פאָרזעצונג; מעגלעך, פון אַ געוויסער זייט וועט פאַרן באַלעבאָס אָנקומען ערגערניש, און עס וואָלט ניט געשאַדט, ער זאָל זיין דערביי, כדי, אויב מע וועט דאַרפן, ווי ער איז באַשטענדיק געוואוינט, דעם באַלעבאָס אונטערהאַלטן און פּאָטאַקעווען.

ער האָט זיך שוין געדרייט אין עס־צימער, אַלעמאָל אַ גרייטער אַנטקעגנצוקומען יעדן איינעם פונעם באַלעבאָס הויז מיט אַ בנעימותדיק וואָרט, צושטימען צו אַלץ, וואָס יענער וועט אַרויסזאָגן, אַפילו ווען אַ נאַרישקייט; דערביי האָט ער אַלעמאָל, ווי זיין שטייגער, אַפירגענומען די פיינע באָרד מיט דער לינקער האַנט פאַר זיינע אויגן, און אויף איר קעכלדיק ווי אויף אַ מין צאַצקע, אַ פאַרביילויפנדיקן פאַרגעניגטן קוק געגעבן.

דער צווייטער — נחום לענטשער, משהס איידעם, דער שטיק שולדיקער אין משהס ערגערניש פון היינטיקן טאָג. ער, וואָס מערסטנטייל די אויפדערנאַכטן האָט ער די טבע אָפּגעזונדערט ביי זיך אין צימער צו פאַרברענגען, — צי מיט דער פאַמיליע, צי אין געשעפט־ענינים פאַרטאָן, און וואָס קומט זעלטן, אויסער אין אויסגענומענע פאַלן, אין שטוב אַרויס — אויך ער האָט דאָס מאָל צווישן אַלע זיך געפונען.

ער האָט זיך, ווייזט אויס, נאָך ניט באַרואיקט פון דער רייזע, פונוואַנען ער איז געקומען, און דער עיקר — פונעם געשפּרעך מיטן שווער אינדערפרי, און אויך ער האָט אויף אַ פאָרזעצונג פון זיין ענין געוואַרט: אפשר האָט אים דער שווער נאָך וואָס צו זאָגן, וועגן דעם, וואָס ער האָט זיך מיטן אַדוואָקאַט אויסגע׳עצהט, אפשר וועט ער אים דאַרפן, דער שווער, אים אַ רוף טאָן, כדי אויף ווייטערדיקע שריט פאָרצונעמען זיך באַראַטן.

דער דריטער — יאַנקעלע גראָדשטיין, דער צווייטער איידעם, „די שטילע טויב” ווי לייט און די שטוב־מענטשן פלעגן אים רופן, אָדער ווי די דינסטן — „דער אין די זאָקן”, ווייל ער פלעגט שטיל שטיין, גיין און טרעטן, — אויך ער, יאַנקעלע גראָדשטיין, וואָס האַלט זין אוודאי תמיד אין אַ זייט פון אַלע, אַפילו פון אייגענע אין שטוב — אויך ער איז היינט אינמיטן. ער איז געקומען, פאַר אַלעמען, שטילינקערהייט ביים שטילן ליבערזאָנען אין אַ ווינקל ↰ 183 אָפּצונעמען אַ באַריכט פאַרן טאָג אין קלייט, וואו ער איז היינט אַ שטיק צייט ניט געווען, אַזוי ווי ס׳מאַכט זיך מיט אים אָפט, אַז ער ווערט פאַרפאַלן און מאַנקירט מיט זיין סוחר־צייט גאָר ניט מעשה סוחר.

ס׳האָט זיך אויך היינט באַוויזן שלום שמאַריאָן — גאָר ניט ווי זיין שטייגער איז, אין די אויפדערנאַכטן קיין פרעמדע הייזער צו באַזוכן. ער באַנוגנט זיך כסדר מיטן טאָג. דעמאָלט זעט מען אים, הערט מען אים, דעמאָלט זיינען אַלע זיינע הינטישע חושים אָנגעשפּיצט אויף אומשנאָרען און אויף אַלץ, וואָס ער באַדאַרף זיך צו דערוויסן, און אויפדערנאַכט דערפער זעט מען אים שוין אין ערגעץ, ווייל דעמאָלט ליגט ער, ווי מיט די ביינער, וואָס ער האָט פאַרן טאָג ערגעץ געפּאַקט, און טוט זיי אין זיין הינטישער ווינקל־לאָך הריזען.

דאָס מאָל האָט אים דער טאָג ניט גענוגנט, און ער איז געקומען אויך ביינאַכט שמעקן, שנאָרען: אפשר אַ וואָרט, אפשר אַ וואונק, אַ ווייטע אָנדייטונג נאָר אויף דעם, וועגן וועלכן ס׳האָט זיך צווישן שווער און איידעם אינדערפרי אין קאָנטאָר ביי משהן הינטער אַ פאַרמאַכטער טיר געהאַנדלט.

אָט די און אויך אַנדערע אין שטוב.

ס׳האָבן זיך היינטיקס מאָל אויף דער קיך אַריינגעשטעלט אויך אליקום מיט קאַטערוכען, וואָס געוויינלעך קומען זיי נאָר אַ שבת־צונאַכטס, אונטער אַ יום־טוב, בעת אַ שטוב־שמחה, אָדער אויך אינדערוואָכן אַמאָל טרעפט זיך, ווען קאַטערוכע ברענגט אַ מציאה פון מאַרק, וואָס ליבערזאָן האָט אין זינען און טוט מיט איר אַמאָל פאַרזאָרגן דעם באַלעבאָס קיך, ווען אַ געלעגנהייט מאַכט זיך.

אַן אַנדערשמאָל איז קאַטערוכע פריילעך, און ווי נאָר ער קומט אַריין, אַזוי ווערט די קיך מיט אים פול: באַלד האָט ער שוין די קעכנע אַ לאַכנדיקס צו דערציילן, אויך דער פּאָקאָיאָווע, דער יונגער גנעסיען מיטן הויכן לעבעדיקן בוזעם אונטערן מולטענעם קאָפטל, וואָס קאַטערוכע פאַרקוקט זיך אויף אים שטאַרק. ער האָט גנעסיען יעדעס מאָל איינע אַ געוויסע באַמערקונג צו מאַכן:

— זע, — ווייזט ער איר אָן שטאַרק נאָענט מיטן פינגער אויף איר קאָפטל, — זע, מ׳פעלט דאָך דאָ ביי דיר אַ קנעפּל, גנעסיע...

דערביי כיטרעוועט ער מיט די אויגן און מיטן האָצמאַך־לצנישן פּנים צו יענעם אָרט, וואו ער ווייזט איר אָן, און זי, גנעסיע, טוט זיך כסדר אַ כאַפּ, האַקט אים איבער דער האַנט, און צוזאַמען מיט דער קעכנע שעלט זי אים שוין בשותפות.

— אַ קרענק אויף אים, — זאָגט איינע.

— אַ מיתה־משונה, — די צווייטע.

↤ 184

— ער וואַקסט אַן אויסוואורף, אַ כל־בו, אַ וואָס אין דער קאָרט, דער ממזר, דער קאַטערוכע.

אליקום, ווען ער איז דערביי, לאַכט שטיל, גוטמוטיק און לאָזט זיך דערביי, צוזאַמען מיט קאַטערוכען, פון די דינסטן מיט אַ גוטער זאַך פון די באַלעבאַטישע שיריים אויפנעמען — פון עסנוואַרג, און אַמאָל מיט אַ גלאָז טיי ביים טיש פון די דינסטן.

היינטיקס מאָל זיינען ביידע, אליקום מיט קאַטערוכען, געקומען ניט מיט קיין מיטגעבראַכטע מציאות פון מאַרק. היינטיקס מאָל האָט זיך אויך קאַטערוכע, ווי אַלעמאָל, ניט געווערטלט: ס׳איז אים נאָך אויפן פּנים דער ערנסט געלעגן פונעם איבערגעלעבטן אין קלייט בייטאָג מיט זיסיען, און דערנאָך, ווען ער האָט אים אויפן פורל באַגלייט, און ווי אַזוי דאָס ווייב, די קינדער, די מאַמע זיינע מלכה־ריווע האָבן אים דערזען אונטער דער האַנט אין שטוב אַריינגעפירט ווערן — פון אים, פון קאַטערוכען, און פון דער צווייטער זייט — פונעם פורמאַן, וואָס האָט צוגעהאָלפן.

די רייד אין קיך האָט זיך דאָס מאָל (בסוד נאַטירלעך) אַרום זיסיען געדרייט, און אַלע, סיי די דינסטן סיי די משרתים, אליקום און קאַטערוכע, האָבן עפּעס היינט ווי אין קיך ניט געקאָנט איינזיצן, ווי וועלנדיק הערן, וואָס מע וועט דאָרט, אין שטוב, דערפון רעדן.

אין שטוב דעמאָלט האָט אָבער דערפון קיינער ניט גערעדט. די שטוב איז מיט אַנדערע אינטערעסן פאַרנומען געווען. איבעריקנס, האָט קיינער, אויסער געציילטע מענטשן, דערפון ניט געוואוסט...

ליבערזאָן האָט ביים אַריינקומען אין שטוב, דערזעענדיק גיטעלען אַ בלאַסע, אַ מאַטע און, ווייזט אויס, נאָך אַ שווערן קאָפּווייטיק פון בייטאָג — זי געשאַנעוועט, און — אָדער ער האָט זיין דערציילן אויף שפּעטער אָפּגעלייגט, אָדער אינגאַנצן גאָר פאַרשווייגן בדעה געהאַט, אָדער ער האָט אויך אַליין אין דעם פאַרגעסן.

ער האָט אויך טאַקע געקאָנט פאַרגעסן, מחמת יעדעס מאָל, ווען ער, ליבערזאָן, האָט זיך געפונען אין באַלעבאָס הויז, האָט ער זיך געפילט, ווי אויף ספּראָזשינעס. יעדעס מאָל גרייט אויפצושפּרינגען און מיט גרויס כבוד עמעצן פון די שטוב־לייט אויסצוהערן, ווען מע האָט זיך צו אים געווענדט; און אַן אַנדערשמאָל, ווען ניט געווענדט — זיך צו דער צייט אין אַ געשפּרעך אַריינמישן און אונטערזאָגן וועמען מע דאַרף און וועמען מע דאַרף ניט, אַבי נאָר דעם, וואָס האָט צו זיין באַלעבאָס שטוב אַ וואָסער־ניט־איז שייכות.

מ׳האָט אין שטוב דעמאָלט אָוונט־טיי געטרונקען. גיטעלע האָט געזען, אַז די שווערע שטימונג, מיט וועלכער איר מאַן, משה, איז אינדערפרי פון שטוב אַרויס, האָט זיך ביי אים פאַרן טאָג פאַרגרעסערט, אַז צו דעם, מיט וועלכן ער איז אַרויס פון שטוב, איז אים עעפּס דאָרט פאַרן טאָג אויפן וועג נאָך ↰ 185 צוגעקומען. זי וואָלט אים אַן אַנדערשמאָל אין אַזאַ פאַל געוויס גע׳עצהט זיך גיין צולייגן. אָבער היינט, זי ווייסט אַליין ניט פאַרוואָס, האָט זי גאָר געטאָן ווי דעם היפּוך: ניט גענוג וואָס זי האָט ניט געזען אים צו דערווייטערן פון שטוב, פון טומל, פון פרעמדע מענטשן און פון אַלץ, וואָס קאָן אויפרעגן אין אַן אויפגערעגטן צושטאַנד, האָט זי נאָך פאַרקערט געטאָן: ס׳איז איר פּלוצים איינגעפאַלן עמעצן שיקן, מע זאָל גיין לוזין צום טיש, צו דער אָוונט־טיי רופן.

דער, וועמען זי האָט געשיקט, איז אַוועק, אָבער באַלד טאַקע האָט זיך פון די ווייטע צימערן ניט נאָר לוזי אַליין, נאָר צוזאַמען מיט אים נאָך איינער, צוזאַמען מיט אים אויך סרולי, באַוויזן.

דאָס זיינען זיי פון לוזיס אַלקער און פון יענעם געשפּרעך געקומען, פון וולעכן לוזי האָט היינט אינדערפרי אים, סרולין, אויף שפּעטער, אויף בייטאָג, אויף פאַרנאַכט אָפּגעלייגט. איצט האָבן זיי אים, ווייזט אויס, געהאַט, דעם געשפּרעך, וועלכן מיר זאָגן זיך אָפּ איצט אים איבערצוגעבן, מחמת ער וואָלט אונדז דאָ איבעריקס און צו לאַנג פאַרהאַלטן, אָבער צו וועלכן שפּעטער, אויף אַן אַנדער אָרט, וועלן מיר זיך צו אים נאָך אומקערן.

ביידע האָבן האָפערדיק אויסגעזען, ווי צופרידן איינס פון אַנדערן, און דאָך סרולי מיט מער דרך־ארץ, ווי לוזי צו אים, אַזוי אַז ביים אַריינקומען און ביים שוועל אַריבערטרעטן האָט סרולי לוזין פאָרויסגיין געלאָזט, אים דאָס ערשטע אָרט אָפּגעטראָטן.

אין שטוב איז דאָס אַן איבערראַשונג געווען. דער רושם, וואָס דאָס האָט געמאַכט אויף אַלעמען, דער עיקר אויף די אייגענע פון שטוב, איז געווען אַ וואונדערלעכער: ווי קומט לוזי גאָר צו סרולין, און ווי האָבן זיי זיך גאָר געטראָפן אַזוינע איינער מיטן אַנדערן: דערצו נאָך אַזוי אויפגעלייגט און ווי נאָך עפּעס אַ מין געשלאָסענער אחדות — אַזוי האַנט ביי האַנט, אַזוי היימיש־ברודעריש...

קיינער האָט פאַרנאַכט ניט באַמערקט, ווי סרולי איז אַריין צו לוזין, קיינער האָט דאָרט דעם גאַנצן אָנהייב־אָוונט זייער צוזאַמען־זיין ניט חושד געווען, און איצט, אַז גיטעלע האָט זיי ביידע אויף דער שוועל אויפטרעטן דערזען, האָט זי געוואָלט אַזש אויסשרייען פון פאַרוואונדערונג. משה האָט זיך אומרואיק פון זיין בענקל אַ הייב געטאָן, אויך די איבעריקע אייגענע — דאָס זעלבע.

ביידע, לוזי און סרולי, האָבן באַלד פאַרנומען ערטער ביים טיש. לוזי האָט זיך געלאָזט טיי דערלאַנגען, אויך סרולי. דערביי זיינען זייערע ערטער אויסגעקומען איינס לעבן אַנדערן, און סרולי האָט זיך אַ ביסל אויסגעדרייט מיט רוקן צו די אַלע, וואָס זיינען אין זיין זייט געזעסן, און מיטן פּנים מער געקערעוועט צו לוזין.

ס׳האָט שוין געהאַלטן דערביי, אַז, דאָס צוזעענדיק, זאָל משה איצט פון זיין בענקל זיך אויפהייבן אויף אַוועקצוגיין, ווי ער האָט עס אינדערפרי געטאָן.

↤ 186

באַזונדערס נאָך אַצינד, ווען ער האָט פאַר זיך אי לוזין אי סרולין עפּעס ווי צונויפגערעדטע געהאַט, און זייער אחדות האָט אים געשטאָכן.

ס׳האָט אויך געהאַלטן דערביי, אַז גיטעלע, קוקנדיק אויף משהן און אים גוט קענענדיק, און זעענדיק זיין ערגערניש, און מורא האָבנדיק פאַר דעם, וואָס מע האָט באַדאַרפט מורא האָבן, פאַר דעם, וואָס האָט זיך איצט אויפן שכל געלייגט — פאַר עפּעס אַ קריג צווישן די ברידער, אַ קריג, וואָס פרעמדע מענטשן וועלן ביי איר בייזיין און דער בזיון וועט נאָך זיין טאָפּלט, — האָט שוין געהאַלטן דערביי, אַז איר קאָפּווייטיק פון טאָג, וואָס האָט איר שוין געהאַט אַ ביסל נאָכגעלאָזט, זאָל זיך איצט ווידער אָפּרופן און פאַרשטאַרקן, און זי האָט טאַקע באַלד מיט די הענט די שלייפן אַ פּרואוו געטאָן, זען, צי ער הייבט זיך איר ווידער ניט אָן...

האָט אָבער אין דער מינוט געטראָפן, אַז אויף דער שוועל, פון טיר אָנקומענדיק, האָט זיך אַ פרוי אַריינגעשטעלט. אַ הויכע, העכער פון מיטעלער וואוקס, אין די פּלייצעס אַ גלייכע, מיט אַ שאַל אויף די אַקסל, און דאָס איז געווען מלכה־ריווע, זיסיע דעם הויפּט־משרת מאַמע.

זי האָט, — ניט געקוקט, וואָס ס׳האָט זי היינט דער גרויסער אומגליק געטראָפן, וואָס דאָס לעצטע שטיקל זון האָט זיך איר אַוועקגעלייגט, און פון איר פריערדיקער דערפאַרונג האָט זי אויך געוואוסט, אַז ס׳איז ערנסט, און הלוואי דער סוף זאָל אים זיין אַ גוטער, — ניט געקוקט דערויף, האָט זי דאָך, גייענדיק איצט צום גביר, צום מאַנס ווייטן קרוב און צום זונס באַלעבאָס, אויך דעם שבתדיקן שלייער אָנגעטאָן — דער, וואָס פאַרקעמט זיך שטאַרק גלאַט אויף ביידע קאָפּזייטן מיט אַ שרונט אינמיטן, אויך אירע מעשענע צוויי לאַנגע זיך באָמבלענדיקע אוירינגלעך, די לעצטע, וואָס זיינען איר נאָך פון אַמאָליקע גוטע צייטן פאַרבליבן, און וואָס קיינער האָט זיי שוין ניט געקויפט, און אין שלעכטע צייטן האָבן זיי זיך שוין אין ערגעץ ניט געלאָזט פאַרזעצן.

יאָ, ניט געקוקט דערויף, דאָך אין שלייער און אין די אוירינגלעך. ווייל אַזאַ איז זי שוין געווען, מלכה־ריווע: אַן אויסטערלישע, מיט אַ שטאַרקן מאָדנע־אויסגעהאַלטענעם כאַראַקטער, באַזונדערס אין אַ צרה־צייט אַ שטיק מאַנצביל, און אַפילו מערער — געזינטער און אויסגעהאַלטענער פון אַ מאַנצביל.

מע האָט זי אַלע געקענט און מע האָט זי אַלע שטאַרק געאַכטעט. און ס׳איז געווען פאַר וואָס: ווייל אין איר געשטאַלט איז אַ קליינער איוב אַרומגעגאַנגען, אויך אַזוי, ווי יענער, אַ געשלאָגענער, אָבער ניט, ווי יענער, קיין געבראָכענער.

זי האָט אין לעבן פיל איבערגעהאַט, פיל אויסגעשטאַנען, אָבער אירע טריט און איר קול — פעסטע, און אין די פּלייצעס אַ גלייכע. זי האָט באַלד נאָך דער חתונה אָנגעהויבן קינדלען. ביי יעדן „טראָגן” געבלוט, גאַנצע פעסער ↰ 187 אָפּגעגעבן. מע האָט געמיינט, זי עקט זיך ,אָבער אָפּגעהאַט, געבוירן — איז זי ווייטער געזונט, „טראָגט” ווייטער און בלוט ווייטער. דאָקטוירים האָבן זי שוין, ווי אַ פענאָמען, געקענט, האָבן אויפגעהערט איר מעדיצין געבן, און ווייבער האָבן זיך אויפגעהערט חידושן: מלכה־ריווע.

זי האָט אַזוי זיבן זין אויסגעשיט, זיי דערצויגן, אין גוטע צייטן — מיט גוטס געהאָדעוועט, אין שלעכטע — זיי אויף אַרבעט צו פרעמדע אָפּגעשיקט. אָבער קינדער — איינס אין איינס, ווי די ליכט, גרויסע, הויכע, שטאַלטנע, מיט רויטע באַקן.

נאָר דאָ האָט זיך עס אָנגעהויבן: ווי זיי זיינען אונטערגעוואַקסן, אַזוי האָט אין איינעם אַ שיינעם טאָג איינער אַן אַכצניאָריקער זיך אַוועקגעלייגט, האָט אין אַ פּאָר חדשים אַרום מיט טרוקענעם הוסטן און פאַלשע רויטע באַקן אָפּגעברענט, און אַוועק. דער צווייטער — אַ צווייטע פּאָר חדשים — און דאָס זעלבע. אַזוי איינס נאָך איינס, און די קללה האָט זיך ביי איר פאַר אַ פעסטן גאַסט באַזעצט.

יעדעס מאָל, ווען מ׳פלעגט פון איר שטוב אַ פרישן זון אַרויסטראָגן, באַזונדערס ווען עס האָט שוין געהאַלטן ביי די לעצטע, ביים פינפטן, זעקסטן, האָבן שוין די געזינטסטע מאַנצבילן פון די נאָענטסטע, פון די אייגנסטע אַפילו, מורא געהאַט צו דער לוויה צו קומען, ווייל ווער קאָן אַזוינס דען צוזען? די, וואָס זיינען אָבער אויף די לוויות יאָ בייגעווען, האָבן מלכה־ריווען כסדר געטראָפן אין דער שאַל אויף די אַקסל, די אויגן טרוקן, ניט געוויינט, ניט געליאַרעמט, נאָר יעדעס מאָל, אַז מע האָט שוין געהאַלטן ביי טהרה, און זי פלעגט זיך אין שטוב מיט אַ היימישן, מיט אַן עלטערן, דער עיקר מיט אַ פרומען מאַנצביל אָנטרעפן, פלעגט זי אים אָפּשטעלן, אויף אים אַ טרוקענעם קוק געבן, שטיל זיך ווענדן און ווי געשעפטלעך אַ זאָג טאָן:

— האַ, וואָס זאָגט ער? מע זאָגט, דאַכט זיך, אַז ס׳איז דאָ אַ גאָט אויף דער וועלט...

— וואָס רעדסטו, מלכה־ריווע, — פלעגט יענער אין גרויסן מיטפילנדיקן צער, אָבער, פאַר אירע ווערטער מורא האָבנדיק, זי פון לעסטערן וועלן אָפּהאַלטן.

— איז וואו איז ער, האַ?

דאָס מאָל, אַז מע האָט איר היינט זיסיען, דעם לעצטן, אַ בלאַסן,א האַלב־אונטערגעבראָכענעם, מיט שטעכיקע האָר אויפן פּנים, אַהיים געבראַכט און אים גלייך אויפן בעט אַוועקגעלייגט, האָט זי ווייטער, ווי איר שטייגער, קיין קולות ניט געמאַכט, דאָס ווייב פון זיין בעט ווי אָפּגעשאַרט, די קינדערלעך אין אַ זייט געהייסן אָפּגיין, צוגעגאַנגען, אַ קוק געטאָן און אַ זאָג געטאָן: „זון מיינער”, און ניט מער. נאָכדעם האָט זי שוין דעם איבעריקן טאָג דאָס ווייב אים געלאָזט באַדינען, אויך די קינדערלעך לעבן אים שטיין, און פאַרנאַכט, ↰ 188 ווען ס׳איז טונקל געוואָרן, האָט זי אין אַ ווינקל צימער איר שלייער אָנגעטאָן, די שאַל אויף די אַקסל גענומען, און פון דאָרט, וואו זי און זיסיע האָבן ווייט געוואוינט, אַזש אין דריטן רינג, אַהין, אין דער צווייטער עק שטאָט, וואו משהס הויז האָט זיך געפונען, זיך געלאָזט.

אַז זי איז אַריין אין קיך, האָבן זי גלייך פאַרפריער קאַטערוכע און אליקום, נאָכדעם די דינסטן באַמערקט. ניט זיי איר און ניט זי זיי האָבן קיין וואָרט ניט געזאָגט, נאָר אַלע אין קיך בייזייענדיקע האָבן זי מיט באַגלייטנדיקע אויגן דורכגעלאָזט. און אַז זי איז די קיך דורכגעגאַנגען, האָבן אַלע יענע, פאַר זיך אַליין ניט באַמערקט, פון זייערע ערטער — וואו־ווער געשטאַנען און ווער־וואו געזעסן — זיך גערירט און אויפגעהויבן, און ווי געצויגן פון מלכה־ריווען, נאָך איר גלייכער שטאַלטנער פּלייצע מיט דער שאַל, וואָס אויף איר, נאָכגעגאַנגען.

אַז זי איז אַריין, אַז זי האָט זיך געוויזן, האָט זי צוערשט דערזען משה, וואָס איז געזעסן אויבנאָן אויף זיין אָרט ביים טיש. ער האָט אויך דערזען, ווי הינטער איר, ווי זיך נאָכציענדיק נאָך איר, האָבן זיך שטיל, איינער הינטערן אַנדערן, די קיך־לייט, די משרתים, דינסטן אַריינגעשטעלט, גלייך זיי וואַרטן פון איר, מלכה־ריוועס, אָנקומען און פון דעם, ווי אַזוי מ׳וועט זי דאָ אין צימער באַגעגענען, ווי אויף עפּעס אַ מין פאָרשטייענדיקער פאַרשטעלונג.

באַלד נאָך משהן, האָט זי אויך גיטעלע דערזען, און אויך זי — די אונטערקומענדיקע הינטער איר, און די זאַך איז איר געווען אַ חידוש, און זי האָט זיך אַ פאַרוואונדערטע געווענדט צו משהן, צו דעם, וואָס יעדעס מאָל, ווען זי איז אין אַ פאַרלעגנהייט, ווען זי פאַרשטייט עפּעס ניט און זוכט באַשייד.

ס׳האָט אויך באַלד ליבערזאָן זי באַמערקט, און ער האָט שוין געוואָלט אויפשפּרינגען, איר אַנטקעגן לויפן, און דער ערשטער ביי איר אַ פרעג טאָן אַ „וואָס מאַכט ער?”... ניט אַזוי צוליב זיין אייגענעם אינטערעס, נאָר צוליב דעם, וואָס דער ענין איז דאָך די באַלעבאַטים נוגע.

באַלד אויך האָט סרולי, וואָס, ווי געזאָגט, איז מיט אַ זייט אויסגעקערעוועט געווען, — און דאָס איז דאָך פאַרשטענדלעך, אַז מיט יענער זייט איז ער צום אויבנאָן געווען געקערעוועט, און מיטן פּנים צו דער טיר, וואָס פירט פון קיך, געווענדט, — אויך סרולי, אַז ער האָט זי דערזען, האָט ער באַלד מיט זיין פאַרשאַרפטן חוש דערפילט ,אַז דאָ איז עפּעס פאַרן טאָג אָן זיין וויסן געשען. וואָס אַזוינס — האָט ער ניט געקאָנט טרעפן, אָבער אין פּנים ביי מלכה־ריווען האָט ער דאָך עפּעס געלייענט, און דער עיקר, אין דער נייגעריקייט און מורא, וואָס אויף די דינסטנס און משרתימס פּנימער אויסגעדריקט, און דאָס האָט אים שוין פון אָרט אונטערגעהויבן, אינגאַנצן צו יענער זייט אים אויסדרייען געמאַכט, און אינגאַנצן שוין אָנגעשפּיצט, ווי אַ מלחמה־פערד, ווען ס׳דערשמעקט דעם שאַל־האָרן.

↤ 189

און נאָך סרולין אויך די אַנדערע שטוב־לייט און אַפילו די געסט אין שטוב.

מלכה־ריווע דעמאָלט, וואָס זי האָט געהאַט פון איר היים אַ גרויסן וועג דורכצומאַכן, אַ גוואַלדיקן שטיק מהלך דורך דער גאַנצער שטאָט כמעט, וועלכע איז געווען שוואַך באַלויכטן, גאָר מיט ליכט און לאָמפּן, וואָס האָבן זיך פון נידעריקע פענצטער פון די הייזער וואו אַרויסגעזען, — מלכה־ריווע האָט איצט, פון דער פינצטער אָנקומענדיק, זיך געטראָפן אין דער שטאַרק־באַלויכטענער נגידישער עס־שטוב מיט דער הרחבה, מיט די געסט ביי דער טיי אין שטוב ביים טיש; זי האָט, דאָס דערזעענדיק, זיך דערמאָנט, פונוואַנען זי קומט — פונעם ענגן אַלקער, וואָס כאָטש זויבער, ריין, ווי איר זיסיע האָט ליב און פאָדערט פון זיין ווייב זויבערקייט, אָבער אָרעם, נאַקעטלעך, אַפילו ווען אַלע זיינען געזונט אין שטוב, בפרט היינט, ווען ער, זיסיע, האָט זיך אַ חולה באַוויזן, איז שוין גלייך די אָרעמקייט מיטאַמאָל און צוויי מאָל, דריי מאָל דאָך אויסגעוואַקסן; איז אָט, זיך דאָס דערמאָנענדיק, און האָבנדיק דעם גבירס שטוב און די גרויסע ליכט פונעם הענגלאָמפּ איצט פאַר די אויגן, האָט זי זיך אַ וויילע אויפגעהאַלטן, אויף דער שוועל כמעט שטיין געבליבן, און נעענטער אין צימער אַריינצוקומען ווי קיין פיס ניט געהאַט... באַלד אָבער האָט זי צום טיש אַ גיי געטאָן און צום אויבנאָן זיך אַ רוק געגעבן, כדי זיך שטעלן ביי דער זייט פון משהן, צוליב וועמען, אייגנטלעך, זי איז געקומען און געשעפטלעך באַדאַרפט האָבן זיך צו ווענדן, און באַלד האָט זי זיך טאַקע געווענדט צו אים.

דערביי זיינען אַלע ביים טיש ↰ אַנשוויגן געוואָרן. סרולי האָט זיך מיטאַמאָל צו זיין צווייטער זייט אויסגעקערעוועט, אַהין, וואוהין פריער האָט ער ניט געוואָלט קוקן — צום אויבנאָן, הייסט עס; אויך לוזי — מיט זיין בליק אַהין, אָפּגערעדט שוין פון אַלע איבעריקע.

און מלכה־רימע האָט אַ זאָג געטאָן:

— ער ווייסט, מסתמא, משה (זי האָט אים ניט געאירצט, ווייל זי איז אים אַ קרובה, ווייל זי איז מיט אים אין איינע יאָרן, און ווייל, בכלל, האָט זי, דאַכט זיך, קיינעם ניט געאירצט), צוליב וואָס זי איז איצט געקומען, וואָס ס׳האָט היינט מיט איר זיסיען געטראָפן?

— יאָ, ער ווייסט.

— ער ווייסט מסתמא אויך, אַז די שטוב האָט אַזוי אויך געלעבט אין נויט און אין דחקות, בפרט איצט, ווען מע דאַרף דאָקטוירים, רפואות א. אַז. וו.

— איז וואָס קאָן מען העלפן, אויסער דעם, וואָס ביז ער וועט געזונט ווערן, וועלן זיינע שכירות אים גיין, ווי ביז אַהער געגאַנגען?

משהן האָט גלייך, ווייזט אויס, פאַרדראָסן, וואָס זי, מלכה־ריווע, האָט שוין דעם ערשטן טאָג, ווי נאָר דאָס אומגליק האָט זיך איר געמאַכט, קיין ↰ 190 צייט ניט געהאַט און גלייך געקומען מעשה־קבצן בעטלען, קיצבה מאָנען. דערצו נאָך, ווען אַפילו שוין יאָ געקומען, האָט דאָך דאָס באַדאַרפט מאַכן שטילערהייט, ניט פאַר אַלעמען אין די אויגן, ניט צו אים אַליין זיך ווענדן, נאָר פריער גיטעלען אָפּרופן, און גיטעלע וואָלט מיט אים וועגן דעם שוין געווען איבערגערעדט, און מע וואָלט שוין ווי־ניט־איז געטאָן, וואָס מעגלעך...

ער האָט דערום גלייך ביים אָנהייב געשפּרעך מיט איר שוין זיך געוואָלט פון איר אָפּטשעפּען, מאַכן דאָס בקיצור: קיין גזלן, הייסט עס, איז ער דאָך ניט, און וואָס מע טוט, און ווי מענטשן זיינען זיך נוהג אין אַזוינע פאַלן, ווייסט ער.

זי, מלכה־ריווע, אָבער, האָט זיך זיין גבירישע לאַגע צום האַרצן ניט גענומען, זיך ניט געקאָנט נעמען, ווייל צום האַרצן איז איר געווען נעענטערס... זי האָט געוואוסט, אַז זיסיעס קרענק און אַוועקלייגן זיך איצט איז ניט אויף קיין קאַטאָוועס, געוואוסט אויך, אַז וואָכערניקעס ווייסן ניט פון קיין קרענק, און זיי וועלן זייערס קומען מאָנען, און דער רובל מיטן פערטעלע די וואָך, ווען אַפילו ער, דער באַלעבאָס, משה, וועט אַ צייט ניט מיד ווערן דאָס צו געבן, וועט איצט, ביי דער איצטיקער לאַגע, ניט קלעקן דער מינדסטער נויט אַפילו דאָס מויל צו פאַרשטאָפּן.

און זי, מלכה־ריווע, האָט דאָס אים אַלץ געזאָגט פאַר אַלעמען אין די אויגן, אין די אויגן פון אַלע די, וואָס זיינען איצט געזעסן ביים טיש, און אויך פאַר יענע, וואָס זיינען ביי דער טיר געשטאַנען.

— איז וואָס וויל זי? — האָט זיך משה דאָ פון בענקל אַ הייב געטאָן. — איז וואָס נאָך קאָן ער טאָן? ס׳איז אַזוי אויך איבערגענוג, און פון זיין זייט איז ער שטענדיק יוצא, און פאַר קרענק איז קיינער ניט באַוואָרנט, און אַז מע קאָן ניט אין דער היים, אַז ס׳איז שווער אויסצוהאַלטן דעם חולה, איז דערויף דאָ אַ ביקור־חולים.

— אַ ביקור־חולים?! וואָס רעדט ער, משה? וואָס האָט ער געזאָגט? ער איז דאָך אַליין גבאי אין ביקור־חולים, ער ווייסט דאָך, ווער ס׳קומט אַהין אָן, ווער ס׳ליגט דאָרט, און ווייסט, ווי אַזוי מ׳גייט דאָרט אַרום אַרום חלאים?

— מע גייט, — האָט משה איבערגעשלאָגן און די אים ניט אָנגענעמע רייד ניט געוואָלט הערן, — מע גייט, ווי מע קאָן, וויפיל די שטאָט גיט געלט דערויף און לאָזט זיך קאָסטן. וואָס קאָן מען מער, וואָס קאָן מען בעסער?

— משה, — האָט דאָ מלכה־ריווע זיך אַ שטעל געטאָן, אַזש די מעשענע אוירינגלעך האָבן זיך איר אַ באָמבל געטאָן און די שאַל פון די אַקסל האָט זיך גענומען אַראָפּרוקן אויף צו פאַלן, — משה, דו זאָלסט ניט געפּרואווט ווערן! איך בין אַ געפּרואווטע, און איך בין צו דיר געקומען ניט נאָך קיצבה, נאָר מאָנען, וואָס סע קומט! ביי דיר איז ער קראַנק געוואָרן, ביי דיר, אין דיינע רייכע געשעפטן, האָט ער זיינע אָרעמע כוחות אַוועקגעלייגט, און דו ביסט ↰ 191 מחויב, לויט אַלע דינים, וואָס שטייען אין דער תורה, און אויב עס שטייט ניט, מעג עס שטיין.

— מחויב?

— יאָ, משה!

— איז וואָס זאָל ער טאָן?

— וואָס טאָן? — האָט דאָ פּלוצים דער משוגענער סרולי, וואָס קיינער האָט אים ניט געפרעגט און אויף זיין וואָרט, נאַטירלעך ,ניט געוואַרט, אַ זאָג געטאָן אַזוי הויך, אַזוי קלאָר און אַזוי אומגעריכט, אַז ביי אַלע אין די אויערן האָט אַזש אָנגעהויבן קלינגען, — וואָס טאָן? וואָס מע דאַרף? וואָס מע טוט פאַר זיך! און אויב ביקור־חולים, זיינען גבאים בילכער — אַליין דאָרט אַ בעטל צו פאַרנעמען און אויספּרואוון, זען, ווי געשמאַק ס׳איז דאָרט אַ געזונטן, בפרט דעם, וואָס שפּייט מיט בלוט...

די העזה פון סרולין דאָס מאָל איז געווען אַזוי אומגעריכט, אַזוי גוואַלדיק, אַז אַלעמענס אויגן האָבן זיך מיטאַמאָל צו אים אַ ווענד געטאָן, ווי צו אַ זאַך, וואָס פאַלט פּלוצים און אומגעריכט אַראָפּ פון באַליק.

גיטעלע האָט זיך אַ הייב געטאָן, ווי איר מאַן צו באַשיצן, ליבערזאָן — אויך, און גלייך ער האָט ניט געגלייבט דאָס געהערטע צו הערן. אַלע אָנגעשטרענגט, און אויך לוזי האָט אויף סרולין — ניט צו באַמערקן געווען, צי מיט תערומות, צי פאַרקערט, מיט צושטימונג, — אַ קוק געגעבן.

און אַליין משה, וואָס דער טאָג איז אים היינט אַ שווערער געווען: אינדערפרי פון דער געבראַכטער ליבער ידיעה פון זיין איידעם, דערנאָך ביים אַדוואָקאַט, פון וועלכן ער איז, ווייזט אויס, אויך ניט קיין איבעריק געטרייסטער אַרויס, און איצט גאָר אַזאַ זאַך — מיט אַ חולה, מיט אַ מלכה־ריווען, מיט דינסטן און משרתים, וואָס שטייען ביי דער טיר אין אַ בינטל און הערן, וואָס זיי דאַרפן ניט, און אויך אַנדערע; און, איבער אַלעמען, אָט דער משוגענער, דער ניט־גערופענער, ניט־געבעטענער, וואָס ווירקט אויף אים שטענדיק ביטער, באַזונדערס היינט, און דערצו נאָך ביי דער רעכטער האַנט פון זיין ברודער, און נאָך דערצו אַזאַ באַליידיקונג, — אַליין משהן, זאָגן מיר, איז דעמאָלט, נאַטירלעך, גאָרניט געבליבן, אויסער פון זיין אָרט זיך אַ הייב טאָן, אין טיש אַ קלאַפּ טאָן, און אַ געשריי צו טאָן צו סרולין ניט מיט זיין קול, און אַפילו, ווי אַ מענטש, וואָס גייט אַרויס פון די כלים זעלטן:

— אַרויס פונדאַנען! אַרויס פון מיין שטוב!!

דעמאָלט האָט לוזי, וואָס האָט ביז אַהער געשוויגן, אין געשפּרעך זיך ניט געמישט, און, ווי ס׳ווייזט אויס, אַפילו ניט בדעה געהאַט זיך צו מישן, — איצט, אַז ער האָט זיין, משהס, געשריי דערהערט און ווי אַלע פון דעם געפּלעפט געוואָרן, ווייל ער האָט ניט געוואוסט, מיט וואָס וועט סרולי דערויף ענטפערן, און בכלל, ווייל פון אים, פון משהן, אויף אַזאַ כעס זיך ניט געריכט און אויף ↰ 192 אַזאַ זאַך, ווי אַ מענטשן פון שטוב אַרויסטרייבן, — דאָ האָט לוזי, אויף סרוליס זייט זיך שטעלנדיק, זיין קול געהעכערט, אויך ער האָט פון זיין אָרט זיך אויפגעהויבן, און איבערן טיש אַריבער, איבער אַלעמענס קעפּ און צו זיין ברודער אין פּנים אַ זאָג געטאָן:

— זאָל ער מחילה בעטן, משה, ער האָט אַ מענטשן פאַר אַ רבים מבייש געווען. *) זאָל ער אים תיכף איבערבעטן.

— ער, משה... אים, סרולין... איבערבעטן?

— יאָ, ער — אים.

— אַזוי זאָגט ער? אַ מענטשן מבייש געווען? ס׳איז דאָך אָבער קיין מענטש ניט, ס׳איז דאָך אַן אָנשיקעניש, וואָס פרייט זיך אויף אַלעמענס אומגליקן, און ס׳איז שוין לאַנג צייט, מע זאָל אים פון אומעטום, פון אַלע הייזער אַרויסטרייבן.

— אָבער וואו האָט ער עס געזען, ווי מע טרייבט? „פון מיין שטוב”, זאָגט ער, פון דיינער?... פאַרוואָס עפּעס פון דיינער?... לי הבית... **)

— האַלט ער אים, הייסט עס, אונטער. איז אויב אַזוי, — האָט דאָ משה אויסער זיך פון כעס אויסגעשריגן, — וועט אים אויסקומען צוזאַמען מיט יענעם אויך אים, לוזין, איבערצובעטן.

— משה! — האָט דאָ גיטעלע איר מאַנס מיין און די גרויסע באַליידיקונג, אויך אויף לוזיס אַדרעס געשיקט, פאַרשטאַנען און אויסגעשריגן: — משה!

— טאַטע! — האָבן אויך די טעכטער פאַרשטאַנען, אויך זיי אויסגעשריגן, און זיי זיינען צו זייער פאָטער, צו משהן, צו, אים אין זיין כעס אויפצוהאַלטן און ווי זיין מויל פון ווייטער ענלעכע אַזוינע ווערטער אַרויסצולאָזן אָפּצוהיטן.

— שווער! — האָבן אויך די איידעמס פאַרציטערטע צו אים זיך אַ לאָז געטאָן...

און משה, כאַפּנדיק זיך, וואָס ער האָט דאָ נאָר־וואָס אין גרויס כעס פון מויל אַרויסגעלאָזט, האָט זיך נאָך מער צעכעסט, און, ווענדנדיק זיך צו דער כלומרשטער סיבה, צו דער עיקר־סיבה פון זיין גוואַלדיקער אויפרעגונג, צו סרולין, מיט אַן אויפגעהויבענער האַנט, ווי אַרויסגעריסן זי פון דעם רעדל היימישע, אייגענע, וואָס האָבן אים אַרומגערינגלט, האָט ער אים מיט איר אויף דער טיר אָנגעוויזן און ווידער אויסגעשריגן:

— אַרויס פונדאַנען! דיין פוס זאָל זיך דאָ מער ניט געפינען! און אויב דער איז אַ מענטש, — האָט ער ווייטער געשריגן און איצט שוין צו לוזין זיך געווענדט, — אויב יענער אַ מענטש, איז ער, לוזי, אים קיין ברודער...

*) פאַר פיל מענטשן אין די אויגן פאַרשעמט.

**) „צו מיר קער דאָס הויז” — אַ פּסוק אין ביבל.

↤ 193

— משה! טאַטע! שווער! — האָבן זיך דערהערט פאַרציטערטע קולות, אויסגעשרייען פון לעבן משהן, פון זיינע אייגענע, וועלכע האָבן אים אַרום, גערינגלט.

און וואונדערלעך אַ סרולי האָט דעמאָלט ניט געשאָלטן, זיך ניט קעגנגעשטעלט, אַפילו דאָס מויל ניט געעפנט — ניט ווי זיין שטייגער אַפילו אין גרינגערע פאַלן, ווען די באַליידיקונג אַ נישטיקע, בפרט איצט, ביי אַזאַ פאַל, וואָס מיט אים האָט זיך געמאַכט זעלטן, ריכטיקער, קיינמאָל ניט. ער האָט זיך נאָר פון טיש אָפּגעדרייט, מיט אַן אָפּגעבויגענעם קאָפּ פון אים אָפּגעגאַנגען, כדי אין יענעם ווינקל, וואו ער האָט אינדערפרי זיין טאָרבע אָפּגעלייגט, זי איצט אויפצוהייבן.

ס׳איז ניט פאַרשטענדלעך, פאַרוואָס האָט איצט סרולי ניט ווי אַלעמאָל זיך געפירט און געטאָן, פאַרוואָס, ווי ער קאָן און ווי ער איז בכוח, זיך ניט באַוויזן. מעגלעך דערפאַר, וואָס דער איצטיקער פאַל איז פאַר אים אַליין געווען אַן איבערראַשונג, מחמת ער האָט דערזען, אַז אַנדערע קאָנען אויך דאָס זעלבע, וואָס ער, — ביז דער לעצטער חוצפּה און פאַר קיין זאַך זיך ניט אָפּשטעלן.

אָבער ניין. גיכער פון אַלץ דערפאַר, ווייל ער האָט באַמערקט, ווי אין דער מינוט, וואָס ער האָט זיך פון טיש אָפּגעדרייט, האָט אויך לוזי, וואָס האָט די גאַנצע צייט זיין אָרט לעבן אים געהאַט, געטאָן דאָס זעלבע: אויך ער איז פון הינטערן טיש אַרויס, און בעת ער, סרולי, האָט זיך אין זעלבן צימער נאָך דער טאָרבע זוכן זיך געלאָזט, איז לוזי שטיל, פון אַלעמענס אויגן באַגלייט, גאָר אינגאַנצן אַרויס פון צימער...

אַלע זיינען דעמאָלט זיכער געווען און געמיינט, אַז דאָס האָט לוזי, מוחל זייענדיק אויף זיין כבוד, די באַליידיקונג אַראָפּגעשלונגען, ווייל, זעענדיק זיין ברודער אין גרויס כעס ניט צום אויפהאַלטן, און וויסנדיק, אַז אויב מע וועט זיך אים קעגנשטעלן, קאָן דאָס נאָך צו ערגערס פירן, האָט ער געהאַלטן פאַר נייטיק אָפּצוטרעטן, פאַרשווייגן, ווי ס׳פּאַסט פאַר אַן עלטערן, בפרט פאַר אַזאַ ווי לוזי. דער גאַנצער שטוב־עולם איז דערום אין יענע מינוטן אי ווי געליימט געבליבן אי אויך מיט האָפענונג אין די אויגן, אַז אָט באַלד, באַלד וועט דער שטורעם איבערגיין און דאָס אויפגעברויזטע וועט זיך צוריק איינלייגן.

אָבער פּלוצים, נאָך דעם, ווי סרולי האָט אַ קליין שטיקל צייט ביי דער טאָרבע זיך געפּאָרעט, זי געשנירעוועט, זיך אויפגעהויבן מיט איר, כדי מיט איר צו דער שוועל זיך לאָזן, — אַזוי האָבן אַלע מיטאַמאָל באַמערקט, ווי דורך דער טיר, דורך וועלכער לוזי איז נאָר־וואָס פון עס־שטוב אַרויס, האָט ער זיך ווידעראַמאָל באַוויזן, דאָס מאָל אין זיין זומערדיקן מאַנטל אָנגעטאָן, פאַרשפּיליעט און אויף אַוועקצוגיין.

↤ 194

און אָט, ווי נאָר סרולי האָט אים דערזען, אַזוי האָט ער מיטאַמאָל, ווי קיינמאָל מאַכט זיך אים ניט און קיינמאָל האָט קיינער זיך ניט געקאָנט באַרימען ביי אים דאָס צו זען, דאָס מויל געעפנט, ווי אויף עפּעס אַ מין לאַך צו טאָן. דערביי האָבן אַלע באַמערקט, ווי אין זיין אייבערשטן ציין־קאַסטן פעלט אים אַ צאָן איבער אַ צאָן. ער האָט אַזוי מיט די פאַראַנענע און מיט די פעלנדיקע ציין אין שטוב אַריין געשטשירעט, שטיל און מיט דער גרעסטער שווייגנדיקער נקמה, און אַז לוזי איז אונטערגעקומען און צו דער שוועל זיך דערנעענטערט אויף אַרויסצוגיין, האָט סרולי נאָך מער געשטשירעט, ער האָט אים דאָס אָרט אָפּגעטראָטן, אים פאָרויס גיין געלאָזט, און ער — הינטער אים, ווי דער כלים־ טרעגער און באַדינער זיינער.

ער האָט מיט נאָך ווילדערער הנאה דאַן דערזען, ווי גיטעלע האָט זיך מיטאַמאָל פון איר מאַן, פון משהן, אָפּגעריסן, און צו דער שוועל, צו פאַר לוזין צו; אויך משהס טעכטער — אין דעם מאָמענט, ווייל זיי האָבן פאַרשטאַנען דעם ערנסט פון מאָמענט, און אַז לוזי גייט איצט אויף קיין קאַטאָוועס אַוועק; אויך אַנדערע פון שטוב — צו יענעם אָרט, און גיטעלע די ערשטע האָט מיטאַמאָל אַ געשריי געטאָן:

— דו גייסט ניט אַוועק, לוזי? דו טוסט אונדז דעם בזיון ניט אָן?

— פעטער? — האָבן אויך די טעכטער אונטערגעהאַלטן, און די הענט, ווי אויף אַן אומגליק אָפּצוהאַלטן, אויסגעשטרעקט.

— פעטער, לוזי! — האָט זיך פון אַלע מיטאַמאָל פון די אייגענע, פון גיטעלען, טעכטער, איידעמס געהערט.

ער, לוזי, אָבער, האָט אַ שטילער, אין גרויס אַנטשלאָסנקייט און גאָרניט זאָגנדיק, מיט אַ שווייגנדיקער האַנט־באַוועגונג די ערשטע גיטעלען באַזייטיקט. זי צוערשט, דערנאָך אויך אַלע אַנדערע, וואָס האָבן אים־אָפּגעהאַלטן און געזאָלט דעם וועג פאַרשטעלן, ווי אָפּגעשאַרט, און אַזוי — ער פאָרויס, זיך ניט אומקוקנדיק, און סרולי הינטער אים, מיט אַן אויסגעדרייטן קאָפּ אין שטוב אַריינלאַכנדיק, זיינען זיי אַרויס, אַוועק און פון פאַר אַלעמענס אויגן ניט געבליבן.

ס׳האָט שוין געמעגט זיין גענוג פאַר יענעם אָוונט! ס׳האָבן נאָכדעם אַלע בייזייענדיקע אין שטוב ביי אָט דער טרעפעניש געמעגט פאַרשעמט בלייבן אויף עטלעכע מינוט, אָן לשון אין מויל, געפּלעפטע, איינער דעם אַנדערן ניט צו זאָגן גאָרניט האָבן, און דערנאָך, ווי־ניט־איז און אויף פאַרשיידענע אופנים זיך צעגיין.

איז אָבער ניין: האָט אָבער געטראָפן, אַז אין דער מינוט, ווען יענע ביידע, סרולי און לוזי, זיינען פון שטוב אַרויס, אַזוי האָבן אַלע, סיי די ביי דער טיר שטייענדיקע, סיי אויך די, וואָס זיינען די גאַנצע צייט ביים טיש אויף זייערע ערטער געבליבן, מיטאַמאָל אַ פּאַרשוין זיך באַווייזן דערזען — אַ מוראדיק ↰ 195 בלאַסן, וואָס זיין בלאַסקייט האָט פון דער טונקעלער שיין פון דער שוועל אַזש אין שטוב צו די ביים טיש זיך־געפינענדיקע דערלאַנגט: אַ מענטש, ווי פון קבר, האַלב אָנגעטאָן און אָן אַ היטל... און איידער דער עולם האָט באַוויזן פון דער ערשטער, נאָר־וואָס פאָרגעקומענער איבערראַשונג זיך צו באַפרייען, אַזוי האָט אים שוין די צווייטע געטראָפן: אַלטער...

ער איז, אַפּנים, שוין פון אַ לענגערער צייט אין שטוב געשטאַנען. אַלנפאַלס, ביי די לעצטע מינוטן פון געשעענעם אויף דער שוועל, בעת לוזיס אַוועקגיין, בייגעווען. ער איז אַריין אַ בלייכער, אַן אויסגעצויגענער, ווי אַ פאַרטראָגענער נאַכט־וואַנדלער, און פון זיינע ליפּן האָט מען, בעת זיין אָנקומען, געהערט, ווי ער חזרט איינע און די זעלבע ווערטער איבער: „ער גייט אַוועק... ער איז אַוועקגעגאַנגען”... און אַז דער עולם, וואָס האָט, אים דערזעענדיק, אים דעם וועג אָפּגעטראָטן, און ער האָט זיך דורכגערוקט אין שטוב אַריין, אַריבער און אַרויס פון עולם, אַזוי האָט ער מיטאַמאָל איינע אַ האַנט אויפגעהויבן, ווי ער וואָלט וועלן אינדערלופטן אַ פליג כאַפּן, דערביי האָט ער אַ שטילן, מאַטן קוויטש געטאָן, ווי אַ קליינע, קריכנדיקע חיה, אַז מע דערקוועטשט זי, זיך אַ קוליע געטאָן, און — פּראַך אויף דער ערד, און מיט אַ שטאַרקן קלאַפּ אין פּאָל אַנידערגעפאַלן.

ס׳איז שוין ניט אין זינען געווען דער נאָר־וואָס אַוועקגעגאַנגענער לוזי מיט סרולין, ניט אַוודאי די נאָך ניט אַוועקגעגאַנגענע מלכה־ריווע, מיט אַלעם דעם, וואָס איז אין שטוב פריער מיט אַ שטיקל צייט דאָ פאָרגעקומען — ניט אין זינען.

איצט איז אַ מענטש אויף דער ערד געלעגן, און אַרום אים, די ערשטע מינוטן פאַרלוירענע, אַ גאַנץ רעדל אייגענע און פרעמדע, וואָס באַלד, ווי מ׳האָט געטראָפן, האָט קיינער ניט געוואוסט, וואָס צו טאָן, צו וואָס זיך צו נעמען, און מע איז געבליבן, ווי אָן הענט און דערשטוינטע.

האָט זיך אָבער דער ערשטער דעמאָלט אַ זייטיקער, דער אונדז באַקאַנטער ליבערזאָן, געכאַפּט: ער איז פון זיין אָרט פון לעבן טיש צום רעדל צו, און איידער אייגענע האָבן זיך גערירט, די מיילער געעפנט אויף עפּעס אַ זאָג טאָן, אַזוי האָט ער פאַר אַלעמען צו קאַטערוכען זיך געווענדט און אַ באַפעל געטאָן אין נאָמען פון אַלע:

— לויף, קאַטערוכע, ברענג אַ דאָקטער. לויף צו יאַנאָווסקין, זאָג, אַז ס׳איז אַהער, צו אונדז, זאָל ער תיכף און טאַקע די מינוט קומען...

ביי אַלטערן איז דאָס אַ נייס געווען. ס׳האָט דאָס ערשטע מאָל פון אַזויפיל יאָרן קרענק אים היינט זיך דאָס געטראָפן. מעגלעך, אַז דער היינטיקער טאָג, דער אויסטערלישער, די געשרייען, וואָס האָבן ביי אים די העכסטע מדרגה דערגרייכט, און אין וועלכע ער האָט זיך היינט אַליין איבערגעשטיגן, האָבן געבראַכט דערצו: אויסגעשעפּט און אין אָנמאַכט אַנידערגעפאַלן.

↤ 196

אָבער ניין. ווער ס׳האָט אַן אויג געהאַט, האָט געזען: ס׳איז ניט קיין אָנמאַכט, ס׳איז ניט פון געשרייען אויסגעשעפּט, ס׳איז אַ נייס — אַלטער האָט געפּינעט, אַלטערן האָט, ווי פון אַ קוואַל, געזעצט די שוים פון מויל, און דאָס איז שוין געווען אַ סימן אויף אַזוינס, וואָס ער האָט ביז אַהער ניט געהאַט, אויף וואָס ער האָט ביז אַהער ניט געליטן. אַ סימן אויף דעם, וואָס יאַנאָווסקי, דער אַלטער דאָקטער, האָט, קומענדיק און אים באַטראַכטנדיק, נאָך לאַנגע אַרומרעדונגען טאַקע באַשטעטיקט: — אַ סימן אויפן פאַלנדיקן.

— אגב, — האָט יאַנאָווסקי, דער אַלטער, מיושבער דאָקטער דערצו נאָך צוגעגעבן, — קאָן דער איצטיקער פאַל, די איצטיקע, אויפן ערשטן קוק, פאַרערגערונג אין אַלטערס לאַגע, אויך דינען אַלס קריזיס און איבערבראָך פון זיין פריערדיקער שלאַפקייט, פון זיין שוואַכזיניקייט, און אַרויסרופן, פאַרקערט, אַ געוויסע אויסלייטערונג און באַפרייאונג פון זיין זינען. יאָ, — האָט ער געזאָגט, — די מעדיצין ווייסט פון אַזוינס און האָט ביי זיך פאַרצייכנט אַזוינע פאַלן.

מע האָט שוין אַלטערן יענע נאַכט אויף זיין אייבערשטיבל צוריק ניט אַרויפגעבראַכט און אים געלאָזט אין שטוב אונטן, ווייל אויך נאָך דעם, ווי ער האָט זיך פון פּאָל אויפגעכאַפּט, האָט מען געזען, אַז ער האָט קיין כוח ניט זיך אויפצוהייבן, און אַז די אויגן זיינען ביי אים צעמישט און צעבויטעט אַזוי, אַז זיי זעען אַפילו ניט דאָס, וואָס אין זיין געוויינלעכן צושטאַנד איז אים צו זען און צו באַנעמען יאָ געגעבן.

מע האָט אים אין עס־שטוב אַ בעט געבעט. ס׳איז לאַנג די גאַנצע שטוב, פריער מיטן דאָקטער יאַנאָווסקי, און נאָך דעם, אַז יענער איז אַוועקגעפאָרן, אַ שטיק אין שפּעטן ביינאַכט אָפּגעזעסן, שטיל און ווי אבלים.

ס׳האָט אויך דאָס מאָל, ווי אַלעמאָל אין אויסגענומענע פאַלן, ניט געפעלט אויך מאירל, וואָס האָט, שוין אין זיין ווייטן צימער שלאָפנדיק, פּלוצים דעם קלאַפּ פון אַלטערס פאַלן דערהערט און די אומגעוויינלעכע שטילקייט, וואָס איז נאָך דעם פאַל אין שטוב אויף אייניקע מינוט געוואָרן. דאָס האָט אים פון בעט אַראָפּגעטראָגן, און אַ האַלב־אויסגעטאָנענעם כמעט האָבן אים פּלוצים די עלטערע פון שטוב אויף איינער אַ טיר־שוועל, וואָס פירט אין עס־שטוב, שטיין דערזען.

* *
*

און אין יענער נאַכט זיינען אין אַן אַנדער שטוב, ווייט אין עק שטאָט, אַזש אין דריטן רינג, „אויף די זאַמדן”, אין מיכל בוקיערס אָרעמער אויסקומעניש, אין איינעם אַ צימער, ביי אַ דרייער־לעמפּל, דריי מענטשן געזעסן און פאַרבראַכט. דאָס זיינען געווען לוזי, סרולי און אַליין דער באַלעבאָס, מיכל בוקיער.

↤ 197

מיר ווייסן ניט גענוי, ווי אַזוי דאָס איז פאָרגעקומען, נאָר אַז לוזי מיט סרולין האָבן זיך, פון משהס שטוב אַרויסגייענדיק, אויפן גאַס געטראָפן, און דערנאָך איבערן בריק, וואָס פירט פונעם אונטערשטן טייל שטאָט אינעם אייבערשטן, געקומען, האָט סרולי, נאָך אַ קורצן געשפּרעך מיט לוזין (וואָס דעם אינהאַלט זיינעם ווייסן מיר ניט) איינעם אַ פורמאַן צוגערופן, אים די גאַס, וואוהין ער און לוזי דאַרפן האָבן, אָנגערופן. און ביידע האָבן זיך אויפגעזעצט, און נאָך לאַנגן פאָרן און דרייען זיך איבער פינצטערע, גריבערדיקע גאַסן און געסלעך, זיינען זיי, לסוף, אַהין, וואו זיי האָבן באַדאַרפט, אָנגעקומען.

ביי מיכל בוקיער איז דאָס הויזגעזינד שוין געשלאָפן. סרולי האָט אָנגעקלאַפּט, און מיכל בוקיער האָט געעפנט. צוערשט האָט ער, צוליב די געסט, דאָס ווייב אויפגעוועקט, און זי האָט דאָס סאַמאָוואַרל געשטעלט — דאָס בלעכענע מיטן מעשענעם קרענטל. און נאָך דעם, אַז זי האָט אירס אָפּגעטאָן, האָט איר מיכל געהייסן גיין שלאָפן. און שפּעטער, ווען דאָס וואַסער אין קליינעם סאַמאָוואַרל האָט זיך צום ערשטן מאָל אויסגענומען, האָט ער שוין אַליין וואַסער געגאָסן און קוילן געשיט. און אַזוי עטלעכע מאָל, און אַזוי ביי שטיל־געמיטלעכע געשפּרעכן און ביי אָרעמער טיי און וועטשערע זיינען לוזי מיט סרולין שוין דאָרט אויף דער גאַנצער נאַכט פאַרבליבן.

↤ 198

VI
ווידער סרולי
1

צו מאָרגן אינדערפרי האָט זיך צו מלכה־ריווען אין שטוב געעפנט די טיר און אויף דער שוועל איז געבליבן שטיין אַ פּאַרשוין, וואָס זי וואָלט זיך קיינמאָל ניט געריכט צו זען אונטער איר באַליק.

דאָס איז געווען — דער באַוואוסטער „אויף די זאַמדן”, און אויך אויפן גאַנצן שטאָט, מאַזשעווע דער קצב־יונג. מ׳האָט אים גערופן מיט זייער ניט קיין שיינעם צונאָמען — מאַזשעווע די קור... ער איז באַוואוסט געווען און האָט זיך אויסגעטיילט מיט זיין אויפפירונג און מעשיות אַפילו צווישן די זיין גלייכן קייסאָרים־גאַלאנטאָנעס, ווי אַן אויסנאַם.

ער פלעגט, מערסטנטייל זומער נאָך דער אַרבעט און אין די פרייע שבת־ און יום־טוב־טעג, פאַרברענגען אויף די לעוואַדעס ביים באָדן זיך און ביים אָפּטאָן אָפט זייער ניט קיין שיינע זאַכן, וואָס די שטאָט האָט מיט זיי דערנאָך געקלונגען און לאַנג געהאַט צו רעדן.

כסדר נאָך דער אַרבעט אויסגעפּוצט אויף אַן אופן פון אַ קצב־יונג — קורץ געקליידט, מיט שטאַרק גלאַנציקע שטיוול, אַן אויסגענייט העמד, און אין דער האַנט — אַ סימן אויף הפקר און גאַלאַנטאָנישער ליידיקגייערישקייט — אַן אָקסישער גיד.

ער איז געווען שיין. פיל מיידלעך האָבן פון אים געליטן אין שטאָט, פיל, וואָס וואוינען ביי די ברעגעס פון די לעוואַדעס — אויך אויסערן שטאָט. און די, וואָס האָבן פון אים ניט געליטן, פלעגן זיך דאָך אויף אים אויף אַזוי פאַרקוקן, גלייך זיי וואָלטן פאָרויסגעפילט די ליידן... דאָס איז גערעדט ניט נאָר פון דינסטמיידלעך און ווייבערשן געשלעכט פון פּראָסטן עולם, נאָר אויך אַפילו באַלעבאַטישער גראַד, יונגע ווייבלעך באַלעבאָסטעס פלעגן כאַפּן אונטערוויילעכטס אַן ענלעכן קוק אויף אים, בשעת איינקויפן פלייש ביי זיין באַלעבאָס, ביי מאיר בלאַס, ביי וועמען ער האָט געדינט אַלס קצב־יונג, אַלס העקער.

אַ שטילע יונגע גבורה, וואָס איז זיכער אין זיך און אין איר כוח אַלץ צו באַצווינגען, האָט אַרויסגעקוקט פון זיין ראָז מיט ווייס געמישט פּנים, וואָס באַשטענדיק ראַזירט, אָבער דאָך מיט אַרויסשפּראָצנדיקע שפּיצלדיקע הערעלעך, ווי פון אַ צייטיק־געוואָרענעם, רייפן, האַלב־געלן, האַלב־רויטן אַגרעס.

ער איז געשטאַנען מערסטנטייל ביי דער קלאָץ. זיין וויכטיקייט אָבער פאַר זיין באַלעבאָס, פאַרן באַוואוסטן, פאַרמעגלעכן מאיר בלאַס, איז באַשטאַנען ניט נאָר אין זיין אייגנטלעכער קצבישער העקער־אַרבעט, ווי דער עיקר, אין ↰ 199 דעם, וואָס ער האָט אים געדינט, ווי אַ שטיק זיס, צו וועלכן די מערסטנטייל דינסטמיידן און דער עיקר פון רייכע הייזער, האָבן זיך צו אים געקלעפּט און געצויגן. ווען אַנדערע קצבים זיינען געשטאַנען ניט איבעריק באַשעפטיקט ביי זייערע פלייש־שטעלן און קלעצער, איז אַרום מאַזשעווען געווען פול. מאַזשעווע איז געווען מאיר בלאַס שילד, וואָס האָט, פיל צוזאָגנדיק, צו אים גערופן, ווי צום רייכסטן, ביי וועלכן יעדעס האַרץ קאָן געפינען זיין באַגער. מאיר בלאַס האָט דערויף פון טויזנט מאַזשעוועס זאַכן אַוועקגעקוקט, ניט מורא געהאַט פאַרן שלעכטן שם, וואָס יענער וועט אים מאַכן, אַבי זיין קלאָץ איז אים געדעקט און זיין שפע אים געזיכערט.

און אָט, אָט־דעם מאַזשעווען, האָט היינט מאיר בלאַס גאַנצפרי פון דער אַרבעט אָפּגעריסן, אים פון דער קלאָץ און שוין פון אַ פאַרזאַמלט היפּש ביסל קונים אַוועקגענומען, אַ פיינעם חלק פלייש — אָנגעוויזן פון וואָס פאַר אַן אַרט און וואָס פאַר אַ סאָרט ער זאָל נעמען — אים מיטגעגעבן, אים אַן אַדרעס געזאָגט און, ווי אַ געוויינלעך שיק־יינגל, אים געהייסן אַהין אַוועקטראָגן.

דאָס געשיקט זיך ניט. דאָס טוט מען אַפילו מיט גרויסע נגידים זעלטן. אַהיים טראָגט מען קיינעם, ניט אין געוויינלעכע טעג, און אַפילו ניט אויף קיין גרויסע שמחות, ווען דער איינקויף איז אַ גרויסער, און בפרט אַזאַ קליינער, ווי איצט, און בפרט נאָך אין אַזאַ שטוב, ווי גאָר ערגעץ „אויף די זאַמדן”.

ס׳איז עפּעס געוויס געשען — ניט פאַר קיין קצבס קאָפּ, און בפרט פאַר מאַזשעוועס, דאָס צו באַנעמען. באַזונדערס נאָך, ווען ער האָט זיך אין יענער שטוב, צו מלכה־ריווען, אַריינגעשטעלט און דערזען: קבצן, דערצו נאָך קראַנקער קבצן, אין בעט, קינדערלעך לעבן בעט, אַ ווייב אין שטוב פּאָרעט זיך, און מע זעט, זי האָט ניט ביי וואָס, אַן איבעריקע מאַמע שטייט און טוט שוין גאָר גאָרניט — האָט ער זיך אַוודאי פאַרחידושט.

ניט קיין קלענערער חידוש אָבער איז אויך צו זען געווען אויף די פּנימער פון די שטוב־לייט, ווען מאַזשעווען איז, נאָך דער ערשטער מינוט פאַרלוירנקייט, פון דער שוועל טיפער אין שטוב אַריינגעקומען, און דעם ערשטן שטוב־מענטש, זיסיעס ווייב, וואָס איז צו אים געשטאַנען נאָענט, האָט ער דעם חלק פלייש דערלאַנגט און אַ זאָג געטאָן:

— ס׳איז פון מיין באַלעבאָס, מאיר בלאַס... דאָס איז אייך אויף היינט... ער האָט געהייסן זאָגן, אַז מאָרגן זאָלט איר צו דער שטעל צושיקן... ס׳איז שוין באַצאָלט... — האָט ער באַלד ווייטער געזאָגט, ווען ער האָט געזען, ווי זיסיעס ווייב איז מיט אַ פאַרוואונדערטן גליק אַנטקעגן אים און אַנטקעגן זיסיעס מאַמע געשטאַנען, זיך מיט ביידע ווי איבערגעקוקט פון חידוש.

— אונדז? — האָט זי איבערגעפרעגט און האָט דעם דערלאַנגטן איינגעוויקלטן פלייש־חלק, אין די הענט שוין האַלטנדיק, באַטראַכט.

↤ 200

— יאָ, אייך, פון מיין באַלעבאָס מאיר בלאַס, וואָס ער האָט אייך געשיקט אויף היינט, און אויף מאָרגן, האָט ער געזאָגט, איר זאָלט צו דער שטעל צושיקן. געלט איז שוין באַצאָלט... — האָט ער נאָכאַמאָל דאָס זעלבע איבערגעחזרט, ווייל מער קיין ווערטער האָבן אים ניט געקלעקט און מער האָט ער אויך ניט געהאַט וואָס צו זאָגן.

אַז מאַזשעווע איז אַרויס, האָבן זיך אַלע אין שטוב איבערגעקוקט, אויך דער חולה, און אויך אַפילו די קינדער אין שטוב, וואָס האָבן זעלטן אַזאַ זאַך געזען ביי זיך, ווי מע זאָל גאָר פון שפּייז און פון עסן־זאַכן אַהיימברענגען. קינדער האָבן ניט פאַרשטאַנען, עלטערע אָבער האָבן זיך געשטויסן און געוויס זיכער געווען, פונוואַנען אַזאַ זאַך קאָן שטאַמען: אַז געוויס האָבן זיך יענע, וואָס האָבן זיך אַ ביסל געפילט שולדיק, פאַרלאָפן דעם וועג זייער שולד, און רחמנות און מענטשלעכקייט האָט זיך אין זיי צערעדט...

זיי האָבן צוגענומען די גאָב אין שטילשווייגן... איינער פון דעם אַנדערן האָט די בליקן אָפּגעקערעוועט, און נאָר זיסיע דעם קראַנקס ווייב, אַלס אַ ווייב פון אַ קראַנקן, האָט, ווי ס׳זאָל קיין בזיון ניט זיין, אָבער, דעם אמת געזאָגט, דאָס אַ האַלב צופרידענע מיטן געבראַכטן אין נאָענטן קיכל זיך געוואָלט אַריינלאָזן, כדי, מעשה באַלעבאָסטע, פאַר דעם זיך צו נעמען און פאַר דער שטוב, באַזונדערס פאַרן חולה, עפּעס צוצוגרייטן.

זי האָט זיך שוין געוואָלט אויסדרייען אויף אַוועקגיין, האָט זיך אָבער באַלד נאָך דעם, ווי מאַזשעווע איז פון שטוב אַרויס, זיך נאָכאַמאָל די טיר געעפנט און אין שטוב האָט זיך נאָך איינער אַ מענטש, אַן אומגעריכטער, באַוויזן.

דאָס איז געווען אַ פאַרמעגלעכער באַקאַליי־קרעמער פון יענעם שטאָט־טייל, וואו מלכה־ריווע האָט געוואוינט. איינער אַ לייבוש, וואָס ביי אים האָט מען שוין געקאָנט זען סחורה אין זעק און אין פעסער, ניט ווי אין די געוויינלעכע קלייטלעך פון יענע גאַסן, וואָס די גאַנצע ווערט זייערע איז אַ גראָשן, און די גאַנצע, מישטיינסגעזאָגט „סחורה” זייערע פלעגט זיך געפינען ניט מער ווי אין עטלעכע האַלב־ליידיקע פּאַפּירענע בייטלען און שקאָרמיצן. ניין, ביי אים, ביי לייבושן, שוין אַנדערש.

ער האָט שוין אַפילו, ניט ווי דער שטייגער אין יענעם שטאָט־טייל, אויך אַ משרתל געהאַלטן — אַ סימן אויף געוויסן קרעמערשן וואוילשטאַנד און גרעסערער צאָל קונים, ווען דאָס אייגענע ווייב און קינדער זיינען שוין צו ווייניק און ניט אימשטאַנד זיך צו אופּאָרן און דעם קלייט־האַנדל צו באַדינען. מיט איינעם וואָרט, שוין אַ שטיק הורט־האַנדל, וועדליק פאַר יענעם טייל שטאָט.

איז אָט, האָט אָט דער לייבוש זיך איצט צו מלכה־ריווען אין שטוב אַריינגעשטעלט, ניט אַליין, נאָר מיט אַ קוישל פול שקאָרמיצן, און שוין אינעווייניק, ↰ 201 אין שטוב זייענדיק, האָט ער אַ פרעג געטאָן, צי דאָ וואוינט זי טאַקע, מלכה־ריווע.

— יאָ, — האָבן אים, ווי ניט מיט די מיילער, נאָר מיט די אויגן אַלע אייגענע אין שטוב מיטאַמאָל געענטפערט.

דאָס איז געווען שוין די צווייטע איבערראַשונג פאַר היינטיקן פרימאָרגן. מע האָט געזען, אַז ס׳איז ווידער עפּעס פאַר זיי, ווידער עפּעס אַ גאָב, נאָר פון גרויס וואונדער האָט מען דערווייל געשוויגן און אויף דעם ברענגער געוואַרט.

— גוט־מאָרגן, — האָט זיך לייבוש געווענדט צו מלכה־ריווען, ווי צו דער עלטערער אין שטוב, און ווי צו דער, וואָס מע זעט, אַז די איז „דער קאָפּ” די אָנפירערין און מער באַלעבאָסטע פון דער באַלעבאָסטע אַליין.

— אַ גוט־מאָרגן, — האָט ער אויפן קוישל אָנגעוויזן און אויף די פולע שקאָרמיצן, — ס׳איז צו אייך... טאַקע פון מיר. פון מיין קלייט... כאָטש איר קויפט ביי מיר ניט, דאָך קענט איר מיך מסתם: אַלע קענען מיך: „לייבוש” איז, ברוך־השם, אַ נאָמען.

„לייבוש בורבעלע” האָט מען אים גערופן. ווייל פון שטענדיק פאַרטראָגן זיין, פון אומלויפן, פון טומל פלעגט ער רעדן גיך, אַ ביסל אומפאַרשטענדלעך, קיינמאָל קיינעם אין די אויגן ניט געקוקט בשעת רעדן, נאָר עפּעס אין אַ זייט. ער האָט אויך, מערסטנטייל, ניט איבעריק ליב געהאַט צו רעדן, אָבער איצט, אַז ער, לייבוש, וואָס איז „ברוך־השם, אַ נאָמען”, וואָס אַלע אין גאַס און אין יענעם שטאָט־טייל קענען אים, אַפילו אויך די, וואָס קויפן אַליין ניט ביי אים, — איצט, אַז ער, לייבוש, האָט זיך גאַנצפרי גאָר אַליין מטריח געווען, און ניט געקוקט דערויף, וואָס ביי אים איז אַ שטיק הורט־האַנדל, וואָס ווייב און קינדער קאָנען זיך שוין מיט די קונים ניט אופּאָרען, און ער האַלט שוין, אויסער זיי, אויך אַ משרתל צו באַדינען, — איצט, אַז ער האָט זיך גאָר אַליין מיט אַ קוישל קראָם אַריינגעשטעלט, אַליין אַהיים אָפּגעטראָגן, מעשה אַליין־משרתל, האָט ער דאָס געוואָלט פאַרענטפערן און מיט בורבלענדיקן לשון פאַר די פאַרחידושטע שטוב־לייט דאָס קלאָר צו מאַכן.

— ס׳איז טאַקע פון מיין קלייט, פון מיין סחורה און מיין קוישל... זייט אַזוי גוט און נעמט אַרויס פונעם קוישל... קיין געלט מאָן איך ניט, קיין געלט דאַרף איך ניט, נאָר אַ צעטעלע, אַז איר האָט דאָס אַלץ באַקומען. און אויף ווייטער קאָנט איר אַליין קומען, איר קאָנט צושיקן מיט אַ קינד, ווען איר וועט דאַרפן. קיין געלט דאַרף מען ניט. נאָר אַ צעטעלע צושיקן. גענוג נאָר אַ צעטעלע...

ביי לייבושן אין קוישל איז טאַקע געווען פון אַלעם דעם, אין וואָס אַ שטוב נייטיקט זיך: אַ באַקאַליי פון אַלע מינים — טיי, צוקער, רייז און אַנדערע. ס׳האָט אַ ביסל דערום געדויערט, ביז מע האָט דאָס אויסגעליידיקט. ס׳האָט געדויערט דערפאַר, ווייל, ערשטנס, איז טאַקע, ווי געזאָגט, געווען וואָס אויסצוליידיקן; צווייטנס, דערפאַר, ווייל ביי זיסיעס פרוי, וואָס האָט זיך איבער דעם אָנגעבויגן און געוואָלט פון דאָרט די אַלע בייטלען, שקאָרמיצן אַרויסנעמען, ↰ 202 האָבן בשעת־מעשה, דאַכט זיך, די הענט געציטערט. ניין, נישט „דאַכט זיך”, נאָר מע מעג זאָגן „זיכער”. ווייל אַליין אַפילו ביים חולה, ביי זיסיען, וואָס ער איז די גאַנצע צייט געלעגן שווייגנדיק און האָט צוגעקוקט, וואָס אין שטוב קומט פאָר, פריער מיט מאַזשעווען און איצט מיט לייבושן, — אַפילו אויף זיסיעס פּנים, וואָס איז פון נעכטן אָן געווען געל, און די האָר אויפן פּנים זיינען אים מיטאַמאָל שטאַרק שטעכיק אויסגעוואַקסן, אַפילו אויף זיין פּנים, מעג מען שווערן, האָט זיך פאַרב באַוויזן... ביי אים פאַרב, און ביי די קינדער, וואָס האָבן דעם פרעמדן און דאָס געבראַכטע אַרומגערינגלט — אַ מין פרייד און חידוש, — מער חידוש, ווי פרייד, ווייל זיי זיינען צו אַזוינס ניט געוואוינט געווען, און זיי האָבן די גאַנצע צייט אויף די עלטערן געקוקט, ווי זיך אָנפרעגנדיק, צי מעג מען קוקן... און אויך אַפילו מלכה־ריווע, וואָס איז, ווי שוין באַוואוסט, אַ גאַנץ שטאַרקע געווען, האָט די גאַנצע צייט פון זינט לייבושעס אַריינקומען, פון זינט, זיין אָנהייבן איבערגעבן דאָס, וואָס ער האָט מיטגעבראַכט, ביז די שנור האָט אַלץ פון זיין אָנגעפּאַקטן קוישל אַרויסגענומען, — אויך מלכה־ריווע איז די גאַנצע צייט געשטאַנען אָן ווערטער... צי זי האָט געטראַכט, פונוואַנען גייט עס איר, קומט עס איר אָט דאָס גוטס, צי זי איז זיכער געווען פונוואַנען — אַזוי צי אַזוי, אָבער אוודאי האָט זיך איר דאָס האַרץ דערוואַרעמט, ניט אַזוי פון דעם געבראַכטן, ווי דער עיקר דערפון, וואָס מ׳האָט אין איר און אין איר שטוב ניט פאַרגעסן. זי האָט קיין ווערטער ניט געהאַט, זי האָט נאָר אַ שטומען בליק געכאַפּט אויפן בעט, אויפן חולה, און שטומערהייט זיך מיט אים ווי איבערגעקוקט, און פון גרויס איבערפולטקייט און פון וועלן דאָס אַרויסברענגען און כאָטש וואָס־ניט־איז צו טאָן, — האָט זי די קינדער, וואָס האָבן אַרומגערינגלט דעם פרעמדן מענטשן, פון צו קוקן דערווייטערט, זיי אָפּגערוקט, און אין אַ זייט זיי געהייסן אָפּגיין.

— איז געדענקט־זשע, נאָר אַ צעטעלע, — האָט לייבוש געזאָגט, ווען דאָס קוישל איז שוין געווען אויסגעליידיקט, — איר קאָנט אַליין קומען, אָדער צושיקן מיט אַ קינד... קיין געלט דאַרפט איר ניט, ס׳שוין באַצאָלט...

אַז לייבוש איז אַרויס, איז פאָרגעקומען, ווי ס׳קומט פאָר אַמאָל נאָר אין אַ מעשה:

איידער נאָך זיסיעס ווייב האָט באַוויזן דאָס געבראַכטע פון לייבושן אָפּצוטראָגן אויפן געהעריקן אָרט, דאָס צעלייגן, צעשטעלן, ווי ס׳געהער צו זיין; איידער נאָך די שטוב־מענטשן האָבן געזאָלט ווי אַ שטילן ישוב כאַפּן, צי זאָל מען יאָ אָדער ניט וועגן דעם פאָרגעקומענעם איינער דעם אַנדערן זיך אַ וואָרט צו זאָגן (און גיכער ווי אַלץ, וואָלט דער ישוב געווען אויף ניין, ווי אויף יאָ, ווייל אַזוי איז שוין געווען דער שטייגער געשטעלט פון מלכה־ריווען: פון איר בלוט האָט דאָך זיסיע היפּש געירשנט, און אַ שטיק איר ↰ 203 כאַראַקטער האָט זיך אויך אים איבערגעגעבן) איידער מע האָט באַוויזן כאָטש ווי ס׳ניט־איז זיך אָפּצודרייען פון די ערטער, וואָס יעדערער האָט פאַרנומען, בשעת לייבושעס אַוועקגיין, — אַזוי האָבן צוערשט דערהערט די קינדער, דערנאָך אויך די עלטערע אַלע, ווי אין דרויסן, צי פאַר דער שטוב, איז עפּעס אַ פאַעטאָן צוגעפאָרן.

מ׳האָט אים דערקענט אין די גוט־געשמירטע רעדער און אין דעם סאָלידן, אויך איילנדיקן אונטערפאָרן צו דער שטוב, וואָס ביי אַ געוויינלעכער פּשוט פּויערשער פור אָדער טיליגע הערט מען ניט אַזוינס. מ׳האָט אים באַזונדערס דערקענט דערפאַר, ווייל אַ פאַעטאָן אויף יענע גאַסן איז ניט קיין אָפטער גאַסט געווען, און פאַעטאָנישע רעדער אויף קבצנישער ערד — אַ שטיק זעלטנהייט און יום־טוב.

ס׳איז צוגעפאָרן אַ דאָקטער, דער דאָקטער בוימהאָלץ. דער, וואָס האָט זיך זיין אייגענעם פאַעטאָן, און וואָס אויסער פאַרן וויזיט, מאָנט ער שטענדיק ביי די שטוב־לייט פון די פּאַציענטן אויך פאַר זיין פאַעטאָן באַצאָלטס, גלייך ווי פאַר אַ פרעמדן, פאַר אַ געדונגענעם.

אַ גרויסער באַרייסער, אַ זשעברון, וואָס די שטאָט האָט אים שוין גוט געקענט און ניט איבעריק ליב געהאַט, נאָר ווייל אַלט און פיל דערפאַרן, האָט מען אים גענוצט מער ווי אַלע אַנדערע, און זיין דאָקטער־פּראַקטיק די גרעסטע.

ער פלעגט אַרויספאָרן אינדערפרי דער ערשטער, אומקערן אַהיים פלעגט ער זיך שפּעט, דער לעצטער, און ווען ער האָט אַפילו ניט געהאַט וואוהין צו פאָרן, פלעגט ער דאָך פאָרן, כדי מע זאָל זען, אַז ער פאָרט, אַז שטאָט נייטיקט זיך און קאָן זיך אָן אים ניט באַגיין.

אָרעמעלייט האָבן זיך צו אים ניט געקאָנט דערשלאָגן, ווייל אַ יקרן, און פון דעם, אַז ער זאָל זיי אין דער היים באַזוכן — איז שוין אָפּגערעדט. ער איז געווען הויך, לאַנג און פאַר אַ קבצנישער טיר וואָלט ער זיך באַדאַרפט איינבייגן אינדרייען. דערצו האָט ער געהונקען אויף איינעם אַ פוס: עפּעס האָט ער אים משונה נאָכגעשלעפּט, ווי אַן איבעריקן. און דערפאַר, אַפּנים, אויך שטענדיק בייז, און צו קבצנים האָט ער באַזונדערס דעם כעס אויסגעלאָזט, קיין גלייך וואָרט ניט אויסגערעדט און זיך קיינמאָל ניט געלאָזט איבערחזרן.

— דער דאָקטער האָט שוין איין מאָל געזאָגט, — פלעגט ער זאָגן און זיך בייזערן, ווען מע האָט עפּעס פאַרגעסן, און ער האָט באַדאַרפט נאָכאַמאָל איבערחזרן.

ווען די קינדער, ווי אויך די עלטערע אין שטוב, האָבן דערהערט צופאָרן דעם פאַעטאָן און זיינען צוגעגאַנגען צום פענצטער, האָבן זיי דערזען, ווי בוימהאָלץ איז גלייך לעבן זייער אַריינגאַנג־טיר פון פאַעטאָן אַראָפּ, און ניט ↰ 204 פרעגנדיק ביי קיינעם, נאָר טרעפנדיק מיט זיין געניטן דאָקטער־חוש די וואוינונג פון פּאַציענט, האָט ער זיך צו דער שוועל געלאָזט.

ער האָט זיך דאָס מאָל, ווי אַלעמאָל, ווען ס׳טרעפט אים, אַז ער באַזוכט אַן אָרעמאַן זעלטן, — צוקומענדיק פאַר דער טיר, זיך גוט איינגעבויגן. און ווען ער איז די שוועל אַריבער, האָט ער לאַנג ניט באַדאַרפט זוכן און איבעריקס ניט פרעגן אויפן חולה.: ער האָט אים גלייך דערזען אויפן בעט ליגן, און נאָר אויף זיין פּנים קוקנדיק, האָט ער שוין קיין טעות ניט געקאָנט האָבן, ניט צווייפלען: ס׳איז ער. און בוימהאָלץ איז גלייך צום בעט צוגעגאַנגען.

מע איז נאַטירלעך באַלד, איילנדיק, מיט אַ ריין בענקל אים אַנטקעגן געלאָפן. ער האָט זיך שווער, ווי לאַנג ער איז געווען, אויף דעם אַראָפּגעלאָזט און דעם קרימען פוס, ווי־ניט־איז, איינגעמאָסטעט, און באַלד האָט ער גענומען אויספרעגן. וואָס געשען, וואָס געטראָפן, פון ווען אָן קראַנק, פון וואָס פאַר אַ טאָג זיך אין בעט אַריינגעלייגט, ווי פילט ער זיך, דער חולה, וואָס טוט אים וויי און אויף וואָס קלאָגט ער זיך.

וואונדערלעך! בוימהאָלץ דער דאָקטער האָט דאָס מאָל, עפּעס ניט ווי זיין שטייגער מיט אָרעמעלייט, אין צו אַ לאַנגן פאָרויסיקן שמועס זיך אַריינגעלאָזט. ער האָט פאַרן באַטראַכטן דעם חולה, ווי ביי די נגידים כמעט, אַ ביסל צייט זיך גענומען, כדי ביי די אייגענע אין שטוב וועגן געוויסע פּרטים וואָס געהערט דער קרענק און דעם קראַנקן, זיך נאָכצופרעגן; און בכלל האָט מען געזען, אַז בוימהאָלץ איילט זיך עפּעס ניט דאָס מאָל, ווי ער איז געוואוינט — באַלד צו באַטראַכטן, אָפּזאָגן און צו פאַרשרייבן, וואָס ער דאַרף, אָפּבייזערן זיך אַ ביסל, און באַלד, איילנדיק, ניט לאָזנדיק זיך רעדן, דעם דאָקטער־האָנאָראַר באַקומען און אָן אַ זיי־געזונט כמעט אַרויס. ניין. דאָס מאָל האָט ער עפּעס צייט געהאַט.

נאָכמער: נאָך דעם, ווי ער האָט אַלץ ביי די שטוביקע גענוי אויסגעפרעגט און ער האָט שוין באַדאַרפט זיך אָנבייגן צום בעט, דעם חולה צו באַטראַכטן, האָט ער דאָס מאָל ניט געטאָן, ווי ער טוט געוויינלעך מיט געוויינלעך ווייניק־חשובע חלאים, וואָס ער הייסט זיך זיי אויפזעצן, אָדער אויב זיי קענען ניט אַליין, בעט ער אַ שטוב־מענטשן, ער זאָל דאָס טאָן — אים אונטערשפּאַרן, אונטערהאַלטן, צוהאַלטן דעם חולה, און ער טוט אים אַ זיצנדיקן באַטראַכטן, ווייל אים איז, איבער זיין קרומען פוס, אומבאַקוועם און שווער געווען זיך איבערצובייגן. ניין. דאָס מאָל האָט ער ניט אַזוי געטאָן, נאָר ווי לאַנג ער איז געווען, ווי גרויס, און ווי שווער און ווי אומבאַקוועם אים, האָט ער זיך דאָך אינגאַנצן איבערן חולה אויסגעבייגן, דערביי האָט ער דעם קרימען פוס אויסגעשטרעקט, ווי אַ האָן, ווען ער צעשפּרייזט אַמאָל אַ פוס מיט אַ פליגל צו אַ מין גענעכץ.

ער האָט זיך געמיט, געסאָפּעט אין זיין קרום־איבערגעבויגענער לאַגע; ↰ 205 אָבער דערפאַר האָט ער דעם חולה, זיסיען, גוט אויסגעהערט — דאָס האַרץ, די לונגען, דורכאויס; אויסגעקלאַפּט, אים אויפן לייב באַטראַכט, און אויפהייבנדיק זיך פון באַטראַכטן, האָט מען געזען אויף זיין פּנים, אַז ער ווייסט שוין אַלץ, וואָס אים איז, וואָס אים פעלט, זיין קרענק גענוי, און וואָס צו זיין געזונט און זיין גענעזונג אים צו ראַטן...

ער האָט, אַ שטאַרק צוגעלאָזטער, דאָס מאָל נאָכן באַטראַכטן, נאָכאַמאָל אַ קוק געטאָן אויף אים, און מע מעג שווערן, ווי עפּעס גאָרניט מיט קיין גלייכגילטיקן, געוויינלעך־גלאַטן דאָקטער־קוק.

ער האָט דערנאָך מיט זיין זינגענדיק־הייזעריקלעכער שטים, ווי אַ באָבע אַ היילערין, אַ שפּרעכערין, אָנגעהויבן מיט זיין געוויסן נוסח, ווי ער הייבט כסדר אָן אין דער דריטער פּערזאָן: — „דער דאָקטער זאָגט”... און ער האָט גענומען דערביי די היימישע, אייגענע אין די אויגן צו קוקן, ווי אַליין אַ שטאַרק פאַראינטערעסירטער, זיי צו לערנען און אָנווייזונגען צו געבן, ווי אַזוי מיטן קראַנקן זיך צו באַגיין, ווי אַזוי אים צו דערנערן, ווי אים דעם רעצעפּט איינצוגעבן א. אַז. וו. דערביי האָט ער ניט געזשאַלעוועט און דאָס מאָל ניט געוואַרט, מע זאָל אים איבערפרעגן, נאָר ער אַליין האָט נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל דאָס אָנגעזאָגטע איבערגעחזרט, ניט מיד געוואָרן און זיך ניט געבייזערט.

מלכה־ריווע, דערזעענדיק דעם דאָקטער און וויסנדיק, אַז קיין געלט אין שטוב איז ניטאָ, האָט באַלד דער שנור מיט די אויגן אַ וואונק געגעבן, זי זאָל אַרויס צו שכנים און אויף גיך, ביז יענער וועט דעם קראַנקן אָפּבאַטראַכטן, אומבאַדינגט ערגעץ־וואו אַנטלייען. יענע איז איצט מיטן קוים־מיט־צרות געקראָגענעם און געליענעם אַריין, און דער שוויגער דאָס אין דער שטיל אָפּגעשטעקט, יענע זאָל אים, בשעת זי וועט אים פון שטוב אַרויסבאַגלייטן, פאַרן וויזיט באַצאָלן.

ס׳איז אָבער, ווי דער גאַנצער איצטיקער אומגעריכטער וויזיט דעם דאָקטערס, אויך בעתן באַלוינען אים געשען אומגעריכטס: ווען מלכה־ריווע האָט אים, צו דער שוועל באַגלייטנדיק, אים די געליענע מטבעות אין דער האַנט געוואָלט אַריינרוקן, האָט ער, בוימהאָלץ, איר האַנט צוריקגערוקט:

— מע דאַרף ניט, — האָט ער געזאָגט, — ס׳שוין באַצאָלט. אויך פאַרן פאַעטאָן, — האָט ער צוגעגעבן, — און אויב מע וועט דאַרפן, — האָט ער ווייטער אַ זאָג געטאָן, — וועט דער דאָקטער נאָכאַמאָל פאַרפאָרן. ער וועט אַליין קומען. מע וועט אים פאַרשפּאָרן רופן. ער ווייסט שוין, ווען...

מלכה־ריווע איז מיטן געלט אין די הענט שטיין געבליבן ווי געפּלעפט. געפּלעפט אויך די שנור, וואָס ס׳איז איר אַזוי שווער אָנגעקומען דאָס צו אַנטלייען, און אַ מין גרויסער „גאָט צו דאַנק” איר אויף די ליפּן, ניט אַראָפּצוברענגען. אויך אַליין דער חולה, וואָס האָט נאָך ניט באַוויזן זיך צו באַפרייען ↰ 206 פונעם פריער־פאָרגעקומענעם, ובפרט פון דעם לעצטן, פונעם אַראָפּקומען פונעם דאָקטער ניט־גערופענערהייט, און, באַזונדערס זיין ניט וועלן קיין געלט נעמען, דערצו נאָך, וואָס ער האָט זיך אַזוי אומגעוויינלעך גוט באַצויגן און זיין פאַרשפּרעכן ווידעראַמאָל ניט־גערופענערהייט צו קומען — אויך זיסיע, אויפן בעט ליגנדיק, געפּלעפט, און פון ניט האָבן וואָס צו זאָגן, האָט ער אַפילו פון דער מוטער, פון מלכה־ריווען, דעם בליק אָפּגעקערעוועט.

אויפן שטוב איז נאָכן אַוועקגיין פון דאָקטער דאָך עפּעס אַ שטיק דערלייכטערונג געקומען. ניט געקוקט אויפן חולה, ניט געקוקט דערויף, וואָס ס׳האָט זיך פון נעכטן אָן אויף דער שטוב אַזאַ שוועריקייט אָנגערוקט, איז אָבער, אַדאַנק דער אויפמערקזאַמקייט און דער פאַרבאָרגענער האַנט, וואָס האָט זיך פון ערגעץ צו דער שטוב מיט פאַרשיידענע זאַכן געשטרעקט, פאָרט איצט גרינגער געווען. און דאָס האָט זיך געפילט, אין דער ערשטער ריי, אויף דער שנור, וואָס גלייך, ווי נאָר דער דאָקטער איז אַוועק, זיינען אירע הענט פול געוואָרן מיט מלאכה: פאַר אַלעמען, צוצוראַמען אין שטוב, דערנאָך אין קיכל אַוועק און זיך נעמען מיט פאַרשיידענע צוגרייטונגען צו פּאָרען, און טאַקע האָבן אַרום וואָס זיך צו פּאָרען.

ס׳האָט זיך אויך געפילט אין די קינדער, וואָס ניט וויסנדיק, וואָס אין שטוב קומט פאָר, אָבער זעענדיק, ווי פרעמדע מענטשן קומען באַזוכן היינט זייער שטוב, און קיינער ניט מיט ליידיקן, זיינען זיי, ווי זייער פאָטערס קרענק דאַנקבאַר געווען, זיין אין בעט ליגן, וואָס דאָס האָבן זיי פאַרשטאַנען, איז געווען די סיבה פון אָט די אַלע ניט־געוויינלעכע באַזוכן.

זיסיע אַליין האָט געשוויגן, אָבער אויך אין זיינע אויגן עפּעס אַ מין דערלייכטערונג, דערפאַר, וואָס צו דער משא, וואָס ער איז געפאַלן אויף דער שטוב, האָט עמעצער איצט ווי אַן אַקסל אונטערגעשטעלט... און מלכה־ריווע, אויף אים קוקנדיק, האָט ווי איר שטייגער אַלע טאָג, פון ניט האָבן וואָס צו טאָן און פון ווייניק אין שטוב־זאַכן זיך מישן, שפּעטער אַ ביסל צו איר סידור זיך גענומען, זיך ביי אַ זייט, ביי אַ פענצטער אַוועקגעזעצט, אַ ביסל פריער מאַנצבילש דורך די ברילן אַרויסגעקוקט, און דערנאָך גענומען זאָגן.

איידער אָבער זי האָט געזאָלט, ווי ס׳וואָלט נאַטירלעך געווען אין איר איצטיקער לאַגע, נעמען איר זון אויפן זינען, האָט זי פאַר אַלעמען געוואָלט אָפּגעבן אַ דאַנק יענער האַנט מיט יענער גאָב, וואָס האָט זיך צו איר אַזוי לייטזעליק געשטרעקט. זי איז, ניט געקוקט אויף איר שטאַרקייט, דאָך דאָס מאָל ווי פון געבראָכענער דאַנקבאַרקייט פול געווען צו יענע מענטשן, וועלכע זיינען אַזוי ווייט פון איר, אַזוי אָפּגעזונדערט, און זייער לאַגע פון אירער, ווי מזרח פון מערב, און אָט די ווייטקייט און אָפּגעזונדערטקייט וואָלט זיי באַדאַרפט מאַכן איר לאַגע לייכט צו פאַרגעסן, און דאָך האָבן זיי זי געדענקט. און נאָך ווי געדענקט! שוין דעם ערשטן טאָג; און ווי אַזוי? — אַזוי פיין, ↰ 207 אויף אַזאַ פיינעם אופן — אַלץ, אין וואָס אַ שטוב נייטיקט זיך, אין זינען געהאַט — מיט שפּייז, מיט שטיצע, מיט אַ דאָקטער, מיט אַלץ, — איז דאָך אוודאי דער ערשטער לויב און דאַנק אין סידור קומט זיי, וואָס פריער גאָט, דערנאָך זיי... אוודאי קומט דאָך דאָס ערשטע וואָרט פון אירע ליפּן אַרויסצוברענגען פאַר די, פאַר יענע, וואָס זיינען אַזוי ווייט, אַזוי אָפּגעזונדערט, אַזוי אַרויסגענומען פון צו פאַרשטיין און אַריינדרינגען אין איר לאַגע, און דאָך האָבן זיי זי יאָ פאַרשטאַנען און אַזוי פיין צום האַרצן גענומען.

— ווער? —

— זיי, — משה מאַשבערס הויז; ער, משה מאַשבער אַליין, דער באַלעבאָס און דער קרוב פון איר מאַן און פון אירע קינדער אין אַלע צייטן, און באַזונדערס איצט, אין אַזאַ צרה־צייט. איז דאָך אוודאי זיי דער ערשטער דאַנק און לויב אין סידור... אוודאי!...

נאָר — זי האָט אָבער, ווי מירן באַלד גלייך זען, אַ קליינעם טעות געהאַט, מלכה־ריווע...

— וואָס הייסט?

— אָט וואָס:

* *
*

ווער ס׳וואָלט סרולין יענעם פרימאָרגן, נאָך דער נאַכט איבערנעכטיקן מיט לוזין ביי מיכל בוקיער געזען אויפן גאַס, וואָלט באַמערקט, אַז קיינמאָל האָט ער ניט אויסגעזען אַזוי צעדרייט, קיינמאָל האָט אים קיינער ניט געזען אַזוי איילן, אומלויפן און אַזוי פאַרפּאַליעט זיין, ווי אין יענעם פרימאָרגן. גלייך אַ מענטש, וואָס די געשעפטן זיינען אים באַפאַלן, די הויט ברענט אויף אים, און ער מוז אַ סך דערליידיקן פאַר אַ גאָר קורץ שטיקל צייט. ער האָט עפּעס אונטערגענומען אַזוינס, וואָס האָט פון אים געפאָדערט גרויס איילעניש, וואָס האָט אים פון זיין געוויינלעכן, פּאַמעלעכן, פאַרטראַכטן גאַנג אַרויסגעשלאָגן און האָט אים געמאַכט יאָגן און אַ גרויסן פרימאָרגן אויפשטיין.

ער האָט זיך, אַזוי האָט זיך געדאַכט, אַפילו אומגעוואַשן, מחמת קיין צייט געהאַט און ניט באַוויזן, פון מיכל בוקיערס שטוב אַרויסגעלאָזט.

עטוואָס שפּעטער האָט מען אים שוין ביי די יאַטקעס געזען, ביי די קצבים צווישן די פלייש־שטעלן זיך דרייען, ביז ער האָט זיך אויף מאיר בלאַס אָנגעשלאָגן און מיט אים עפּעס אַ משונה געשפּרעך פאַרפירט. די ערשטע מינוטן האָט אים יענער ניט פאַרשטאַנען, ניט געוואוסט, וואָס ער וויל פון אים; ווייל צו אַזוינע זאַכן, צו אַזוינע געשעפטן, איז יענער, מאיר בלאַס, אויף זיין לעבן ניט געוואוינט געווען: „האָסטו געהערט אַזוינס? נאַ דיר, גאָר עמעצן פלייש אַהיים שיקן! און נאָך וועמען? ניט קיין רב, ניט קיין רבין, ניט קיין נגיד אויף אַ שמחה, נאָר ערגעץ גאָר צו אַן אלמנה, וואָס ↰ 208 וואוינט אַזש „אויף די זאַמדן”, וואָס ווער איז זי? וואָס איז זי? איז זי קליין אַליין צו קומען, אַליין צו נעמען? צו וואָס איר נאָך אַהיים אָפּשיקן, און וואו זאָל ער נעמען די שיקערס? אַז ער האָט דאָך נאָר זיין העקער מאַזשעווע, איז ווי קאָן ער אים פון דעם קלאָץ אָפּרייסן, אַז ס׳איז שוין שפּעט, אַז ס׳שטייען שוין און ס׳וואַרטן שוין קונים, אויף זיי צו באַדינען?”

אָט אַזוי האָט מאיר בלאַס די ערשטע מינוטן ניט פאַרשטאַנען, און געקוקט אויף סרולין, ווי אויף אַ מענטשן, וואָס ניט פון ישוב, אָבער, אַז סרולי האָט אַרויסגענומען נישקשה פון אַ פּאָר פּאָזיט־פּאַפּירלעך און דאָס פאָרויס באַצאָלט פאַר אַ גאַנצע ריי טעג, צו גלייכע פּאָרציעס אויף יעדן טאָג פאַר יענער אלמנה, און האָט אים געבעטן, דעם קצב, אַז נאָר היינטיקס מאָל זאָל ער ער איר אַהיים צושטעלן און איבערגעבן, אַז די ווייטערדיקע טעג זאָל מען אַליין קומען נעמען; אַז דער קצב האָט דערזען די פּאַפּירלעך און זיי אין די הענט און פאַר די אויגן געהאַלטן שוין טאַקע מזומן און צום ציילן, אַזוי איז ער פאַרשטענדלעכער און ווייבער געוואָרן, און דאָס, וואָס ס׳האָט אים פריער אויסגעזען משונה, האָט זיך אים פּאַמעלעך־פּאַמעלעך געלייגט אויפן זינען, כאָטש אין פלוג, נאָך אַלץ אומפאַרשטענדלעך, און ער האָט סרולין, בעת דאָס געלט באַקומען, דאָך פון קאָפּ ביז די פיס באַטראַכט און פון אויבן אַראָפּ, ווי אַ האַלב דולן, אָפּגעמאָסטן.

דאָס זעלבע איז דערנאָך פאָרגעקומען מיטן אונדז שוין באַקאַנטן לייבושן, וואוהין סרולי האָט, באַלד נאָך דעם, ווי ער האָט זיך מיטן קצב אָפּגעפאַרטיקט, אַוועקגעאיילט. יענער האָט נאָך ווייניקער פאַרשטאַנען פונעם קצב, ווייל יענער — אַ האַלב צעטומלטער, און אויף יענעמס שכל האָט זיך די זאַך גאָר ניט געלייגט. סרולין איז אויסגעקומען היפּש צו האָרעווען און אַ שטיק צייט פון יענעם נאָר טאַקע, ווי אַ משוגענער, באַטראַכט צו ווערן, ביז ער איז לסוף פון ווערטער און פון דערקלערונגען איבערגעגאַנגען צו דעם, וואָס ווירקט בעסער פון דער בעסטער דערקלערונג: ווידער צו די היפּש־ווערטיקע פאַר פּאָזיט־פּאַפּירן און ווידער אויף פאָרויס באַצאָלט פאַר אַלעם דעם, וואָס מע וועט אין די נאָענטסטע פּאָר וואָכן אין יענער שטוב נייטיק האָבן ביי אים, ביי לייבושן, איינצוקויפן. אַזוי, אַז לייבוש האָט, סוף־כל־סוף, די זאַך געכאַפּט. און פון כאַפּעניש, איילעניש און טומל האָט ער זיך אַליין אונטערגענומען די איינגעקויפטע קראָם אָפּצוטראָגן.

דאָס דריטע מאָל האָרעווען איז אויסגעקומען סרולין ביים דאָקטער, וואָס אַהין האָט מען אים, אין אַזאַ פריער צייט, גאָר ניט געוואָלט אַפילו אַריינלאָזן, אים ניט געוואָלט אויפנעמען, — ניט ווען ער האָט געזאָגט, אַז ער איז געקומען דעם דאָקטער אויף אַ וויזיט רופן, און אויך ניט, ווען ער האָט געזאָגט, אַז ער איז אַליין אַ קראַנקער און וויל, דער דאָקטער זאָל אים אין דער היים באַטראַכטן. די דינסט דעם דאָקטערס האָט אים ניט געלאָזט די שוועל איבער↰ 209 טרעטן, ווייל מיט זיין אויסזען און הילוך האָט ער ביי איר דערוועקט חשד און אומצוטרוי, און זי האָט די גאַנצע צייט די טיר פאַר אים נאָר אַ קליין ביסל אָפן געהאַלטן, אַלע מינוט גרייט זי פאַר זיין נאָז צו פאַרהאַקן.

ס׳האָט אים געקאָסט היפּש מי, סרולין, ביז ער האָט זיך לסוף טאַקע פאָרט אין שטוב אַריינגעריסן, זיך צום דאָקטער דערשלאָגן, און דאָרט, ביים דאָקטער אַליין, איז דאָס שוין ביי אים גאַנץ קורץ געגאַנגען און אַן איבעריקע שוועריקייטן. ווייל דער דאָקטער—זייער און זייער פאַרשטאַנדיק, באַזונדערס, ווען ס׳איז אים פאָרויס פאַר עטלעכע וויזיטן באַצאָלט געוואָרן, אים אַליין פאַר די וויזיטן, און אויך אַפילו פאַרן פאַעטאָן באַצאָלט...

* *
*

אינעם זעלבן פאַרנאַכט פון יענעם טאָג, וועגן וועלכן מיר האָבן אויבן דערציילט, האָט זיך סרולי געטראָפן זיצן ביי שלום־אהרנען אין וויינשענק.

אָט דער וויינשענק האָט זיך געפונען אין אַ האַלב־פאַררוקטן, האַלב־פינצטערן הינטערשטן געסל, ניט ווייט פון דער גאַס פונעם איידעלן מאַרק; אין אַן אַלטן מויער, אויסגעבויט שוין מיט פיל, פיל יאָרן צוריק, אין דער זעלבער צייט, וואָס די אַלטע פעסטונג, צו וועלכער, ער, דער מויער, האָט, ווייזט אויס, געהאַט אַמאָל אַ געוויסע שייכות. ער האָט אויסגעזען צו דינען אַמאָל אַ מין ראַטהויז, אָדער אַן אַנדער מין משוגע מלוכה־געביידע, וואָס די אַלטע שטאָט האָט זיך אין איר אין איר צייט גענייטיקט. איצט אָבער, ווען די פעסטונג שוין אַלט, אָפּגעפאָרן און אויסערן געברויך — אַ יורד, ווי אַליין די פעסטונג.

ס׳האָבן אין יענעם מויער שוין איצט געוואוינט געוויינלעכע נאָר שטאָטלייט, געוויינלעכער קליינע און מיטעלע סוחרים, ווייל אויך דאָס געסל אָפּגעלעבט, און ווי געזאָגט, פאַררוקט אין האַלב־פינצטער, און גאָר פאַרמעגלעכע האָבן זיכער דאָס אויף צו וואוינען ניט גאָר גערן געהאַט.

ער, דער מויער, האָט געשמעקט מיט ווילגאָטש, מיט אוראַלטן טונקל אין אַלע זיינע אַלטמאָדישע וואוינונגען פון אַלע זיינע דריי אָפּגעפאָרענע און האַלב שוין איינגעבויגענע שטאָקן. די ציגל ביי זיינע ווינקלען אָפּגעריבן, צעפרעסן, גלייך אַ מין שטיין־ און ציגל־וואָרעם האָט אויף זיי זיינע ציין געשאַרפט. זיי, די ציגל, האָבן שוין אויך די נאַטירלעכע מראה פאַרלוירן — פון רויטלען־געל אויף טונקל־ברוין שוין איבערגעקומען, — און ביי איינעם אַזאַ אָפּגעריבענעם ווינקל האָט זיך, סאַמע ביי דער ערד, געוויזן אַ טיר, וואָס האָט דורך היפּש טרעפּ אין אַ שטאַרקן טיף־אַראָפּ געפירט — צו שלום־אהרנען אין וויינשענק.

ער איז שוין אַלט געווען, דער שענק, געשמעקט מיט קדמונים, מיט אַלט־זויערלעכן וויין־גערוך, מיט מויער־ און קעלער־דומפיקייט און מיט יאָרן ניט ↰ 210 געלופטערט. ווייל דאָס איינציקע ביסל לופט, וואָס האָט אַהין יאָ אַריינדערלאַנגען געקאָנט, איז געקומען דורך אָט דער נאָר־וואָס דערמאָנטער טיר, וואָס האָט געפירט דורך פיל טרעפּ פון דרויסן, און אויך פון איינעם אַ משופּע נישע־פענצטער, וואָס אין געסל האָט מען דאָס כמעט ניט אָנגעזען, און אין שטוב, אין וויינשענק אינעווייניק, האָט עס ניט נאָר קיין שיין, גאָר אַפילו די פוסטריט פון דורכגייער זעלטן אָנצוזען געמאַכט.

אָט דאָרט האָט שלום־אהרן געשענקערט. ער, מיט זיין איינציקן משרת נפתלי, אַ האַלב־פאַרזעסענער בעסאַראַבער יונג, מיט אַ טונקל פּאַפּשוי־בערדל, מיט אַ לאַנג קאַפּאָטע־זעקל אָן אַ שפּאַלט פון הינטן, און פון פאָרנט — קיינמאָל ניט פאַרשפּיליעט. כסדר — סיי בייטאָג סיי ביינאַכט — איז נפתלי געווען פאַרנומען אינעם טיפן וויינקעלער מיט די וויינען פון פאַס צו פאַס איבערגיסן. ער האָט געאַרבעט ביי אַ ליכט, דעם גרעסטן טייל צייט איינער אַליין, האָט ער דערום ווייניק גערעדט, ווען ער איז שוין אַפילו אויף דער ליכט געקומען.

ווען ס׳זיינען געווען באַזוכער אין וויינשענק און ווען שלום־אהרן האָט זיך אַליין ניט געקאָנט ספּראַווען, פלעגט ער אים העלפן דערלאַנגען און ווען קיין באַזוכער, און ווען אויך אין קעלער קיין אַרבעט, פלעגט ער גלאַט זיצן, פאַרגליווערט, קיין וואָרט ניט אַרויסרעדנדיק. ס׳האָט אים גאָרנישט ניט אינטערעסירט, ניט די שטוב, ניט דער דרויסן, און אַזוי שטיל פלעגט ער זיך האַלטן, אַז אָפט פלעגט זיך אים זעצן אַ פליג אויף דער נאָז, און זי האָט אים ניט געשטערט: ער האָט זי ניט אָפּגעטריבן, ס׳האָט אים ניט געאַרט, און ער פלעגט זי, פאַרקערט, ווי זיין איינציקן אינטערעס, מיט אַ זייטל אויג נאָר שטאַרק באַטראַכטן.

שלום־אהרן מיט אַן אויסגעאיידלט, ווייס־מילכיק פּנים, מיט אַ שוואַרץ בערדל, לענגלעך־לייטיש אויסגעקעמט, האָט אויסגעזען אַ לייטישער לעמל. ער האָט מיט איינציקע, אָנשטענדיקע, שוין פון באַשטענדיק אויסגעחזרטע ווערטער, זיינע באַזוכער אויפגענומען, זיי באַדינט, ביי זיי פאַרן וויין באַצאָלט באַקומען, קיינמאָל מיט קיינעם אין קיינע קריגערייען און מחלוקת ניט אַריינגעטראָטן, אַפילו ווען אייניקע פון זיינע באַזוכער שיכור, וואָס דאָס האָט זיך געמאַכט זעלטן: — אַמאָל נאָר אין אַ פרייטיק פאַרנאַכט, ווען שוסטערס, וואָס טראָגן דעמאָלט אָפּ די אַרבעט צו די באַלעבאַטים־באַשטעלער און באַקומען באַצאָלט, קומען טרינקען, און ווי די מאָדע זייערע איז בשעתן טרינקען, צעשרייען זיי זיך, צעקריגן זיך און אַמאָל ווילן זיי זיך אויך שלאָגן, — אויך דעמאָלט איז שלום־אהרן געשטאַנען ביי אַ זייט, זיך נישט געמישט, זיך, הלילה, מיט קיינעם ניט צו פאַרקריגן, אויף קיינעמס צד ניט וועלן שטיין, און נאָר ווען ס׳האָט שוין געהאַלטן שלעכט, איז שוין נפתלי צו הילף געקומען — ער האָט שוין געוואוסט, וואָס ס׳פאָדערט זיך פון אים: ער האָט שטיל ↰ 211 דעם הויפּט־קריגער אויף די הענט גענומען און שטיל דורך די טרעפּ אים אין דרויסן אַרויסגעשטעלט.

שלום־אהרן האָט נאָר געוואוסט פון זיינע פינף סאָרטן וויינען, וואָס ביי אים אין קעלער. נאָר געוואוסט, די פינף פעסער זאָלן זיך ביי אים ניט אויסנעמען, קיין נייע ניט אויסצושרייבן, ניט אַריינצוקריגן, נאָר דערפאַר די אַלטע זאָלן אים ניט אויסגיין און זיך קיינמאָל ניט אויפהערן צו צאַפּן. וואָסערע פינף? — „אונגערשער” — פאַר האַלבע פּריצים און קריסטלעכע באַאַמטע, ווען זיי קומען אַמאָל צו אים אַריין; „סודאַקער” — פאַר יידן־סוחרים און מעקלער־מבינים; „ווימאָראָזעק” — פאַר באַלמעלאָכעס, דערהויפּט פאַר שוסטער; „צמוקים” — דער גאַנצער שטאָט אויף קידוש, און דער לעצטער — „באָרשטש”, ווי ער און נפתלי האָבן אים גערופן — אויף אומבאַשטימטע פאַלן, ווען דער באַזוכער איז ניט באַוואוסט, צו וואָס פאַר אַ קאַטעגאָריע און סאָרט מענטש ער געהערט.

דאָס מאָל, אַז סרולי האָט זיך באַוויזן אין שענק, איז דאָרט קיינער ניט געווען. ס׳איז געווען אַ מיט־וואָכעדיקער טאָג, — קיין באַלמעלאָכעס נישט, זומער און שניט־צייט — ווען אויך קיינע סוחרים ניט, ווייל דער מסחר געשלאָגן. ס׳איז אויך געווען ערב דעם גרויסן יאָר־יאַריד „פּרעטשיסטע”, ווען אין וויינקעלער ביי שלום־אהרנען ווערט אַלץ פאַרפריער פאַרגרייט אויף יענע יאַריד־טעג, כדי פּשוטע און איידעלע שליאַכטיטשעס צו באַגעגענען און אויפנעמען; ווען אַלץ אין קעלער איז שוין געווען אָפּגעטאָן: וואָס מע האָט באַדאַרפט פאַרמישן, האָט מען פאַרמישט, וואָס צומישן — צוגעמישט, צוקער נעשאָטן, וואַסער געגאָסן — איבערגעזאָטענע, אויך רויע — און איצט האָט ניט נפתלי און אויך אַליין שלום־אהרן גאָרנישט ניט צו טאָן געהאַט. שלום־אהרן איז זיך ליידיקגייעריש־באַרוט און לעמל־נאַריש הינטערן פאַרקויף־טיש געשטאַנען און אויף קיינעם ניט אַרויסגעקוקט, און נפתלי איז ביים אַריינגאַנג אויף אַ בענקל געזעסן און האָט נאָכגעשפּירט די פליגן, וואָס אויף זיין נאָז.

אַז סרולי איז אַריין, האָט אויף אים שלום־אהרן אַפילו קיין קוק ניט געטאָן: קיין באַקאַנטער, האָט אים געדאַכט, ניט, און אויך ניט אַזאַ פרעמדער, וואָס זאָל ביי אים איבעריקן אינטערעס דערוועקן. נפתלי האָט אים וועדליק זיין הילוך און אויסערלעכקייט אָפּגעשאַצט: ער האָט אים „באָרשטש” דערלאַנגט, און סרולי האָט זיך פאַרקרימט, אָבער אַראָפּגעשלונגען. ער האָט זיך נאָכאַמאָל געהייסן דערלאַנגען, און נפתלי האָט דאָס זעלבע איבערגעחזרט. און אַז סרולי האָט צום דריטן מאָל וויין געפאָדערט, האָט שוין נפתלי אויף אים, אויפן פרעמדן ייד־פּאַרשוין, וואָס ער זעט אים, דאַכט זיך, דאָס ערשטע מאָל, אַ פאַרוואונדערטן קוק געטאָן.

עס האָט אים פאַרחידושט דער פּאַרשוין: ערשטנס, וואָס אַזאַ ייד — וואָס ניט קיין סוחר, ניט קיין מוכר, דאַכט זיך, — פאַרגינט זיך טרינקען ↰ 212 שוין דאָס דריטע מאָל; צווייטנס, און דאָס דער עיקר, ווי אַזוי ער האַלט זיך ביים טרינקען. סרולי איז געזעסן מיטן רוקן צום פאַרקויף־טיש און מיטן פּנים צו יענעם נישע־פענצטער, וואָס ווי שוין געזאָגט, האָט מען פון דאָרט ניט נאָר קיין שיין, נאָר זעלטן אויך אַ פּאָר פיס פון אַ דורכגייער געקאָנט זען. ער האָט ביי די ערשטע כוסות געקוקט אין דרויסן, דערנאָך האָט ער די אויגן פון דאָרט צוגענומען און גענומען קוקן אויף זיין כוס. ער האָט פריער די גלאָז מיט דער משקה באַטראַכט, דערנאָך, אַז אַ ביסל טרינקערישע פאַרב איז אים געקומען אין פּנים, ווי יעדעס מאָל, ווען אַ מענטש האַלט שוין ביים דריטן, האָט ער — האָט זיך נפתלין געדאַכט, — גענומען צו אים עפּעס רעדן, צום כוס.

— נאַ, — האָט ער געזאָגט, — ס׳זאָל אים אָנהייבן אַרן, ס׳זאָל אים אַ מינדסט גאָר אָנגיין דאָס, וואָס ער, דער כוס, קאָן מיינען, אַז דאָס, וואָס ער טענהט איצט, רעדט און קלאָגט זיך, איז דאָס פון יענער באַליידיקונג און בזיון, וואָס ער האָט כלומרשט נעכטן געליטן, בעת יענער האָט אים ביי זיך אין שטוב פאַר אַ סך און פאַר פרעמדע מענטשן אין די אויגן מבייש געווען. אייסעך, ס׳איז חוזק און קיין וועזן, ווייל, בכלל, זאָל ער וויסן, האַלט ער ניט, אַז משה קאָן קומען פון אַזוינע, וואָס זיינען ניט ווערט יענעם צו מבייש זיין, פון אַזוינע, וואָס שטייען נידעריקער פון די, וועמען זיי באַליידיקן. דערפאַר טאַקע האָט ער, סרולי, דעמאָלט צוגעשוויגן, כדי מע זאָל ניט מיינען, אַז יענעמס ווערטער האָבן באמת טאַקע געהאַט אַ כוח. וואָרעם אין דער אמתן; פון וועמען זאָל ער זיך באַליידיקן. פון אַזאַ, וואָס קאָן אַפילו זיך ניט שטעלן העכער פון אַזאַ נישטיקער אומגערעכטיקייט, וועלכע ער איז באַגאַנגען בנוגע זיין אָרעמען, קראַנקן משרת, און איבער קליינלעכן נגידישן שטאָלץ קאָן זיך עפנטלעך ניט מודה זיין, ווייל אויב ער וועט זיך מודה זיין, וועט ער דאָך מוזן מיט וואָס־ניט־איז און ווי־ניט־איז, זי, די אומגערעכטיקייט, צו באַגיטיקן — און דאָס דערלאָזט אים דאָס נגידישע האַרץ ניט.

גיין, ניט דערויף קלאָגט ער זיך, ניט אויפן בזיון, וואָס מע האָט אים כלומרשט אָנגעטאָן, נאָר דערום, וואָס עפּעס פילט ער זיך פון נעכטן אָן ווי ניט מיט אַלעמען. עפּעס פילט ער זיך, גלייך מע וואָלט אים די נשמה אויף דער אַנדערער זייט איבערגעקערט. און דאָס איז אים געקומען נאָך דעם, ווי ער איז נעכטן פאַר יענעם, פאַר לוזין, אַרויס מיטן געשפּרעך, בשעת ער האָט אים, ווי די גאַנצע אינערלעכקייט זיינע, ביז די פּיאַטעס אַראָפּ אויפגעדעקט, אויפגעעפנט, וואָס דאָס געשעט מיט אים דאָס ערשטע מאָל כמעט.

ער האָט אויפגעדעקט אַלץ, וואָס ער האָט יאָרנלאַנג געטראָגן ווי אונטער דער פּאָלע פאַרשטעלט, אויך זיין קרענק, וואָס איז אים געקומען איבער אָט דער פאַרשטעלעניש, דאָס מיינט ער — אים, יענעם, וואָס ער זיצט אין אים, לאָזט אים ניט צורו, לאָזט אים פון גאָר ניט קיין הנאה האָבן, אויסער נאָר ↰ 213 אַמאָל פון האַרץ זיך אַראָפּשעלטן... ער האָט אויך דערציילט פונעם געלט, וואָס ער האָט, און וואָס איז ביי אים ביז אַהער געלעגן, ווי אונטער אַ גדר, אַז ער זאָל דאָס ניט אָנרירן און ניט ער און ניט קיינער זאָלן דערפון ניט געניסן. איצט אָבער, נאָך דעם, אַז ער האָט שוין וועגן דעם דערציילט, האָט ער דאָס שוין געמוזט אויפבינדן, דאָס אויף דער ליכטיקער שיין אַרויסשלעפּן און ביי דער ערשטער געלעגנהייט, וואָס האָט זיך אים געמאַכט דאָס אויס, צונוצן, האָט ער דאָס שוין אין גאַנג געלאָזט. אָט, ווי היינט, למשל, מיט דעם אָרעמען, קראַנקן משרת, וואָס דינט ביי אים, ביי לוזיס ברודער, און וואָס זיין צער איז אים צום האַרצן צוגעטראָטן נאָך דעם, ווי ער האָט נעכטן געזען, ווי זיין מוטער, די מלכה־ריווע, איז פאַר זיין באַלעבאָס אויף זיין אומגליק זיך געקומען קלאָגן. און נאָך אָט דער ערשטער געלעגנהייט, איז וויבאַלד ער האָט זיך שוין דערלויבט און דאָס קניפּל אויפגעבונדן, אַזוי ציט זיך עס שוין און שלעפּט זיך שוין אַליין, און ער האָט שוין איצט אויך געלט אַרויסגעצויגן אַפילו אויף אַזאַ זאַך, ווי אויף גיין אַהער אויסטרינקען, וואָס דאָס האָט זיך אים שוין אויך לאַנג ניט געמאַכט...

ער איז, ווייזט אויס, טאַקע ניט מיט אַלעמען. ס׳קאָן זיין אַ חולשה פון קערפּער. אָבער ניין, גיכער פון אַלץ טאַקע פאָרט פון דעם, וואָס ער האָט זיך פון זיין שטאַרק־פאַרשנורעוועטקייט אויפגעבונדן און אויף דער נשמה איז אים געוואָרן לויז, פּוסט, ווי אַ קעשענע, ווען מע ליידיקט זי אויס און מע קערט זי איבער. ער פילט, אַז ער מוז זי מיט עפּעס פאַרפולן, מיט וואָס נאָר ס׳וועט זיך לאָזן, אַפילו מיט וויין, אַפילו אויך מיט אַזאַ שלעכטן, ווי אָט דער, וואָס שטייט איצט פאַר אים און וואָס זיין פּאַסקודנעם טעם האָט ער נאָך פון די ערשטע כוסות אין מויל און אויפן גומען געפילט, מיט אַ פאַרדרייעניש אין קאָפּ און אַ שטאַרקער ברעכעניש אין די קניעס.

— טפו זאָל ער ווערן, דער וויין! — האָט דאָ סרולי אויסגעשריגן, די אויגן אויפגעהויבן און דערזען, ווי דער משרת, ווי נפתלי מיטן לאַנגן קאַפּאָטע־זעקל, מיטן טונקל פּאַפּשוי־בערדל זיצט, ניט האָבנדיק וואָס צו טאָן, און קוקט אויף אים און הערט זיך אויך, דאַכט זיך, איין אין דעם, וואָס ער האָט דאָ נאָר־וואָס געזאָגט, און שמייכלט, דאַכט זיך, אויך פונעם געזאָגטן.

— משרת! — האָט סרולי מיט כעס צו נפתלין זיך געווענדט, אויסגעשריגן, ווי ניט דערלאָזנדיק און איבעררייסנדיק יענעמס מעגלעך אַפילו געדאַכטע גאָר חוצפּה פון צו וועלן אָדער צו טראַכטן פון אים צו שמייכלען...

— משרת, פאַרנעם דעם באָרשטש! וויין האָב איך געבעטן!

— וויין? — האָט זיך נפתלי שלעפעריק־פויל פונעם בענקל אַ הייב געטאָן, צו סרוליס טיש צוגעגאַנגען, די האַנט אויסגעשטרעקט, ווי אויף אויסצובעסערן און צו פאַרריכטן אַ כלומרשטן קליינעם טעות, וואָס ער איז אומגערן באַגאַנגען.

↤ 214

— אַנדערן? — האָט ער טאַמעוואַטע אַ פרעג געטאָן.

— יאָ, אַנדערן! — האָט אויף אים סרולי פון זיין זיץ־אָרט אַזאַ בליק געטאָן, אַז יענער זאָל פאַרשטיין, אַז מער קיין טעותן זיינען שוין ניט דערלאָזבאַר און ניט שייך.

סרולי האָט שוין דעמאָלט אין קאָפּ אַ היפּש ביסל שיכורע פּאַרע געהאַט. ס׳האָט זיך געקאָנט דאַכטן, אַז אַפילו ווען מע וועט אים שוין מער קיין וויין קיין אַנדערן ניט ברענגען, וועט ער שוין סיי־ווי, אַליין נאָר פונעם פריער־אויסגעטרונקענעם, זיין האַלב־שיכורע רעדע פאַרזעצן, וואָס אויף דער לונג, איז אויפן צונג, און אַזוי לאַנג רעדן און זיך פאַררעדן, ביז — אָדער ער וואָלט, ווי אַ געוויסער טייל שיכורים, גאָר שוין מיט הויכע דיבורים אַרויס, און מע וואָלט אים געמוזט אַרויסטראָגן, אָדער, ווי אַן אַנדער טייל, וואָס נאָך דעם, אַז זיי רעדן זיך אַ ביסל אָן, בלייבן זיי שטיל, שיכורע שעפעלעך, נייגן אָן די קעפּ און בלייבן אויפן אָרט איינגעדרעמלטע. אָבער ניין. אַזוי האָט זיך נאָר געקאָנט דאַכטן. אין דער אמתן אָבער האָט סרולי דערווייל נאָך אין דער מיט געהאַלטן, ערשט אין אַזאַ שטאַנד, וואָס נפתלי דער משרת, למשל, האָט געזען, אַז אָפּנאַרן אים, ווי אַנדערע, ווען זיי זיינען שוין שטאַרק באַזויפן און ווען זיי הייסן זיך געבן בעסערן, אַנדערן, און מע גיט זיי דעם זעלבן, — אַז אָפּנאַרן אים, ווי אַנדערע, איז נאָך צו פרי; און אויך שלום־אהרן, וואָס האָט די גאַנצע צייט זיך הינטערן פאַרקויף־טיש געפונען און האָט, זיצנדיק, זיינע שענקעריש־ליידיקגייערישע, שטילע מחשבות געטראַכט, האָט נאָך ניט פאַר צייט און פאַר רעכטפאַרטיק געפונען מיט נפתלין וועגן טרינקער זיך איבערצוקוקן, ניט מורא האָבנדיק נאָך — ניט טאָמער וועט יענער ניט אימשטאַנד זיין צו באַצאָלן, און ניט אויך דערפאַר, וואָס אפשר וועט מיט יענעם גלאַט אַזוי, אַן אַנדער אומאָנגענעמלעכקייט געשען.

סרולי איז דערווייל נאָך אויף זיין אָרט, ווי ער איז פריער געזעסן, געגליכן — מיטן פּנים צום נישע־פענצטער, אויך שלום־אהרן אויף זיינעם, און ער האָט אויפן טרינקער קיין אַכט ניט געלייגט, און אַז נפתלי איז צוריק שוין מיטן בעסערן וויין געקומען, האָט ער סרולין נאָך אַלץ אויפן זעלבן אָרט און אויפן רעדן געטראָפן.

ער האָט זיך ווידער אויף זיין אָרט אַוועקגעזעצט, נפתלי, ווי גרייט אַ פליג צו באַאָבאַכטן, אָדער ביים טיש דעם טרינקער — אים אַלצאיינס, — און סרולי, האָט ער געהערט, האָט שוין איצט, ניט ווי פריער, ווי צו זיין כוס געטענהט, נאָר ווי צו איינעם אַ לעבעדיקן, אַ זיין גלייכן, וואָס איז אים אַנטקעגן איבער זיין טיש געזעסן.

— ער ווייסט, — האָט ער געזאָגט, — אַז ער איז ביסל באַטרונקען, אָבער יענער זאָל פון אים ניט לאַכן, ווי דער משרת. ער איז נאָך ניט צום געלעכטער. ער קאָן נאָך אים צוזאַמען מיטן משרת, מיטן באַלעבאָס, מיטן ↰ 215 גאַנצן וויינשענק אין איין זאַק אַרייננאַרן און פאַר גלייכן געלט פאַרקויפן, אָדער — אָפּקויפן. ווייל געלט האָט ער, ניט נאָר פאַר איין וויינשענק, נאָר פאַר אַ האַלבער וועלט וויינשענקען... ער קאָן דאָס אים באַווייזן, ווען ער וויל. ער האָט דאָס ביי זיך אין בוזעם־קעשענע. ער וואָלט זיך זיכער דערשראָקן, ווען ער דערזעט דאָס — ער מיטן משרת, מיטן באַלעבאָס, מיט אַ גאַנצער גאַס, מיט אַפילו אַ גאַנצער שטאָט מענטשן, — ווען מע דערזעט ביי אים אָט דעם סך, אָט דעם פּאַק, וואָס ביי אים אָט־דאָ אין בוזעם־קעשענע. אויף אַלע פּנימער וואָלט איין שרעק געווען. אויף אַלע נעז — איין וואונדער אַ „וואו האָט ער דאָס גענומען, סרולי, ווי קומט דאָס צו אים... ניט אַנדערש, אַז אַ קלויסטער באַראַבעוועט, אָדער אפשר, האַנדלט ער גאָר מיט פאַלשע פּאָזיט?” מע וואָלט זיך צונויפגעלאָפן. אייניקע וואָלטן געזאָגט: אים בינדן און איבערגעבן וועמען מע דאַרף. אַנדערע וואָלטן זיך ניט געגלייבט און וואָלטן זיך פאַר אים איינגעשטעלט און געטענהט: אפשר פאָרט זיינס, אפשר אַ ירושה, אפשר פון הימל באַגליקט, אפשר אַן אוצר, אַ מציאה — אַ פּריץ האָט פאַרלאָרן און ער האָט געפונען... מיט איינעם וואָרט, שטאָט וואָלט געהאַט וואָס צו טאָן, וואָס צו רעדן. דער משרת וואָלט געהאַט אַרבעט — אים אַ שיכורן פון שענק אַרויסשטעלן. דער באַלעבאָס וואָלט מורא געהאַט פאַר אַן אומגליק, און ער וואָלט שוין אַפילו מוחל געווען אויפן וויין, וואָס ער האָט ביי אים געטרונקען! אַן עק זאָל דאָס האָבן, זאָל ער שוין ניט באַצאָלן, אַבי פּטור ווערן, אַבי וואָס ווייטער אים פון זיין שוועל צו זען... האַ... אַ־יאָ!... ער זעט, ווי דער משרת הערט זיך שוין טאַקע איין און האָט שוין טאַקע מורא פאַרן געצאָלטס?...

און ווירקלעך: נפתלי האָט דעם פרעמדן יידנס רייד דאָ דערהערנדיק, דערהערנדיק אַזוינע מינים ווערטער פון אים אַרויסקומען, ווי „אַ קלויסטער באַראַבעוועט”, „בינדן”, „איבערגעבן” — האָט אַפילו ער, נפתלי, וואָס איז צו שיכורימס רייד געוואוינט און וואָס קיינמאָל לאָזט ער זיי אַפילו צו זיין אויער ניט צו, — אַפילו ער, נפתלי, האָט זיך דאָס מאָל אַ גלייכן זעץ־אויף געטאָן, מיט שטאַרקן חידוש אויפן יידן אַ קוק געטאָן און געזען, ווי יענער איז אין דער רעכטער מיט אַרבעט און פון דעם נייעם כוס, וואָס ער האָט אים געבראַכט, האָבן זיך שוין ביי אים די אויגן, ווי ביי אַ הון צום שלאָף פאַרלאָרן... ער האָט זיך באַלד דערשראָקן און פון דערשרעק עפּעס אַ מין הוסט געטאָן — אַ מין סימן צו זיין באַלעבאָס, צו שלום־אהרנען, וואָס איז הינטערן פאַרקויף־טיש געזעסן און האָט פון קיין בייז ניט געטראַכט און נאָך גאָרנישט ניט חושד געווען, — אַזאַ הוסט, וואָס יענער האָט אים גלייך דערהערט און, דערהערנדיק, האָט ער אומרואיק אויף נפתלין אַ קוק געטאָן, און אַ קוק געבנדיק, האָט ער גלייך דערזען, עפּעס איז מיטן יידן, מיטן איינציקן טרינקער ביי אים איצט אין שענק, עפּעס ניט כשורה...

ער האָט זיך פון זיין אָרט אויפגעהויבן, איז צו סרולין אונטערגעגאַנגען, ↰ 216 פריער פון זיין רוקן־זייט, אים אין פּנים ניט זעענדיק, ווי ער האָט אים פריער, בשעתן אַריינקומען, ניט געזען, און צוקומענדיק צו אים נעענטער, האָט ער ביי אים אַ פרעג געטאָן, ווי תמיד אין אַזוינע פאַלן:

— ר׳... ווי רופט מען אייך, ר׳ ייד?

— ווי? — האָט סרולי גלייך די פראַגע דערהערט, האָט זיך אַ קערעווע אויס געטאָן, אויף שלום־אהרנען אַ קוק געגעבן, און שנעל, איידער יענער האָט נאָך באַוויזן זיין פּנים צו זען, אָפּגעענטפערט:

— ווי מ׳האָט מיר אַ נאָמען געגעבן.

— האַ... זע נאָר... — האָט שלום־אהרן, סרולין אַן אויסגעקערעוועטן דערזעענדיק, אויסגעשריגן אַ ביסל זיסלעך, ווי מע דערזעט אַ היימישן, און אויך אַ ביסל ביטערלעך איבערראַשט, ווייל ער האָט אים געקענט, און פון אים אויך אַן אַנונג געהאַט, ווי כמעט אַלע באַלעבאַטים אין שטאָט. דערפאַר איז ער אים איצט אַ גרויס חידוש געווען, ווייל קיינמאָל האָט ער אים ביי זיך ניט געזען, אים פאַר קיין גאַסט קיין טרינקער ניט געהאַט, און דערום געגלייבט, וויסנדיק זיין אָרט, זיינע משוגענע גענג אין שטאָט און צווישן מענטשן, אַז אויך זיין איצטיקס מאָל אַהער קומען איז משונה, און געוויס קיין איבעריקן נחת וועט ער דערפון ניט האָבן, אַלנפאַלס, באַצאָלט באַקומען — שוין אַוודאי נישט.

— האַ, זע נאָר, — האָט ער געזאָגט, — ס׳איז דאָך, דאַכט זיך, איר, ר׳ סרולי?

— איז וואָס האָסטו געוואָלט? — האָט סרולי מיט בייזער איבערגעפרעגט, ווי איינער, וואָס איז דעם אַנדערן ניט גערן, ווען יענער האָט אים עפּעס אין אַ וויכטיקער זאַך אינעם רעכטן מיטן איבערגעשלאָגן.

— וואָס איך האָב געוואָלט?... — האָט שלום־אהרן שוין אַ ביסל אַ צוריק באַליידיקטער אָפּגעענטפערט. — כ׳האָב געוואָלט זאָגן... כ׳מיין, אַז אַ מענטש גייט עפּעס קויפן, דאַרף ער האָבן געלט, מיין איך, דאָס גלייכן — אין שענק, האָט איר ביי זיך געלט, ר׳ סרולי?

— געלט? — האָט סרולי אַ זאָג געטאָן טראָציק, האַלב שיכורלעך, און בשעת דאָס זאָגנדיק, שלום־אהרנען ווי פון קאָפּ ביז די פיס אָפּגעמאָסטן: ווי קליין, הייסט עס, ער איז, ווי נאַריש מיט וואָס פאַראַ נישטיקע פראַגעס ער איז צו אים איצט, ניט צו דער צייט און ניט אויפן אָרט, געקומען, — געלט איז ביי די נגידים, — האָט ער געזאָגט.

— איז דערום טרינקען אויך נאָר נגידים!... און אַז מע האָט ניט, זיצט מען אין דער היים, מע קומט ניט צו יענעם און מע הייסט זיך ניט דערלאַנגען. געלט, ר׳ סרולי, געלט דאַרף מען האָבן...

— געלט? — האָט דאָ סרולי אויסגעשריגן, האָט זיך פון אָרט אַ הייב ↰ 217 געטאָן, די האַנט אין בוזעם־קעשענע אַריינגעטאָן און פון דאָרט אַ גרויסן פּאַק פּאָזיט אַרויסגענומען, אַזאַ, וואָס מע קאָן זעלטן זען אַפילו ביי אַ רייכער־אויסזעענדיקן ווי סרולי.

— נאַ, נבלה! אָט האָסטו דיר געלט! — האָט אים סרולי דעם פּאַק אונטער דער נאָז און פאַר די אויגן געשטופּט און אונטערגעטראָגן. שלום־אהרנען האָט, דאָס דערזעענדיק, לשון אויסגעפעלט... ער האָט ווירקלעך דערזען פאַר זיך אַזוינס, און אין דער האַנט פון אַזאַ מענטשן, וואָס ער וואָלט זיך קיינמאָל זיינע אויגן גאָר ניט געגלייבט.

— נאַ, נבלה! — האָט סרולי נאָך העכער געשריגן. — נאַ דיר נגידים, נאַ דיר געלט, נעם, וואָס ס׳קומט דיר, נעם זיך און וואַרג זיך...

* *
*

ס׳איז שוין געווען פאַרנאַכט. סרולי איז, אַרויסגייענדיק פון שלום־אהרנס וויינשענק, נאָך דעם, ווי ער האָט זיך צעצאָלט, און נאָך דעם, ווי ער איז מיט משונה־פאַרוואונדערטע גליקן פון שלום־אהרנען און פון נפתלי דעם משרת די גאַנצע טרעפּ ביז דער טיר אַרויפבאַגלייט געוואָרן — אַ וויילע אין געסל פאַר שלום־אהרנס טיר שטיין געבליבן. ער האָט זיך עפּעס געישובט, אָדער אפשר ניט געישובט, נאָר ווי יעדער באַטרונקענער, וואָס אַז ער גייט אַרויס פון שענק, פאַרהאַלט ער זיך אַ וויילע און טוט פון קעלער און פון וויין־לופט אָפּעטעמען, כדי צו באַקומען מער פעסטקייט אין די פיס און מער קלאָרקייט אין זינען.

און אָט, אַז ער האָט דאָס באַקומען, אַז דאָס פּנים און דער בליק האָבן זיך אים אַ ביסל דערפרישט פון דער קעלער־שיין און פון לאַנגן זיצן דאָרט אין דער טונקל, אַזוי האָט ער זיך פון זיין אָרט גערירט און זיך געלאָזט צו דער הויפּט־גאַס, אַהין, וואו דער איידעלער מאַרק האָט זיך געפונען, און וואו אויך משה מאַשבערס קאָנטאָר — אין איינעם אַ מויער אויפן צווייטן שטאָק דאָרט.

ס׳איז געווען, ווי געזאָגט, שניט־צייט, ווען דער מסחר געשלאָגן און אין שטאָט כמעט קיינע קונים. סוחרים און משרתים האָבן זיך נאָך אַ לאַנגן הייסן טאָג נודיען און בראַטן זיך אויף דער זון, איצט אין קילע רעדלעך זיך געזאַמלט פאַרן אַהיימגיין און די קראָמען שליסן. מע האָט געוואַרט, ס׳זאָל שוין אינגאַנצן נאַכט ווערן, ס׳זאָל שוין קיין סימן פון קיין מעגלעכקייט ניט פאַרבלייבן, אַז עמעצער קאָן זיך נאָך פון ערגעץ־וואו באַווייזן. מע האָט געוואַרט, זיכער זייענדיק, אַז אַזוינס איז שוין אוממעגלעך און אויסגעשלאָסן, דאָך אָבער, כדי דער סוחרישער געוויסן זאָל ריין זיין, און אויך דאָס האַרץ, וואָס האָט ניט דערלאָזט אַפילו אַ ליאַדע מינדסטן „טאָמער” און „אפשר” דורכצולאָזן...

אָט דעמאָלט איז סרולי צוגעקומען צו איינער אַ קראָם, וואָס אַנטקעגן ↰ 218 משה מאַשבערס קאָנטאָר, און ווי זיין שטייגער, שטום און פאַרגליווערט, ווי ער שטעלט זיך אַמאָל אָפּ קוקן אויף אַ נעסט, וואָס אויף אַ פענצטער־געזימס, כדי די פייגעלעך, ווי די גבירים, צו שעלטן, — אַזוי אויך האָט ער זיך איצט אַנטקעגן משהס קאָנטאָר אַוועקגעשטעלט. פאַרטראַכט, אויף קיינעם ניט קוקנדיק, גלייך קיינער איז אַרום אים נישטאָ. ער האָט נאָר די אויגן צום אַריינגאַנג פון קאָנטאָר געווענדט געהאַלטן, ווי וואַרטנדיק און זיכער זייענדיק, אַז עמעצער דאַרף זיך פון דאָרט באַווייזן צום סוף טאָג, — דעמאָלט, ווען אַלע קלייטן און קראָמען וועלן זיך שליסן, און צו יענער צייט — אויך די קאָנטאָר משה מאַשבערס.

דאָס האָט ער געוואַרט אויף שלום שמאַריאָן אָדער אויף צאַלעל דערבאַרעמדיקן, — אויף איינעם פון די ביידע, וואָס ער האָט צו זיי איצט נייטיק געהאַט, ווייל ער האָט זיי געהאַט וואָס צו פאַרטרויען און איז צו זיי מיט אַ וויכטיקן ענין געקומען.

ביידע זיי — די שטענדיקע באַזוכער פון משה מאַשבערס קאָנטאָר, זיינע מיטהעלפער און מיטאַרבעטער, וואָס זיינען קיינמאָל פון דאָרט ניט אַרויסגעקראָכן — געקומען פון די ערשטע און אַוועקגעגאַנגען די לעצטע, און דער גאַנצער געלט־האַנדל און אַלע קאָנטאָר־געשעפטן זיינען ניט אָן זייער אָנטייל און אָן זייער הילף דורכגעפירט און געמאַכט געוואָרן.

סיי אין קאָנטאָר, סיי אויפן גאַס האָט מען זיי כסדר געזען צוזאַמען. אָבער איינער ווייטער און אָפּגעטראָטן פון אַנדערן: ווען איינער אויף איין זייט טראָטואַר, איז דער צווייטער — אויפן צווייטן, אויפן קעגנאיבערדיקן, ווי זיי וואָלטן זיך איינס דאָס אַנדערע די טריט געהיט, איינער דעם אַנדערן פון אויג ניט אַרויסגעלאָזט... כאָטש ביידע דרייען זיך אַרום איין זאַך, אַרום געלט, אַרום פּראָצענט פון געלט, און ביידע זיי אַרום משהס קאָנטאָר, כדי אים געלט־לייער צו נאַרייען, און אויך אים אַליין אַמאָל אַ הלוואה, ווען ער האָט זיך אין געלט גענייטיקט, און ביידע האָבן ווי פון איין מקור זייער חיונה געצויגן, דאָך ווי צוויי היענעס, צוויי קאָנקורענטן ביטערע אַרום איין שטיק נבלה, וואָס ביידע רייסן זיי פון איינס, גאָר קוקן קוקן זיי אין פאַרשיידענע זייטן מיט קעפּ פאַרדרייטע...

דער חילוק צווישן ביידע, וואָס איינער — שלום שמאַריאָן — אַ נידעריטשק, שטיל פּאַרשוינדל מיט אַ כיטרע קעפּל אין דער זייט אָפּגעבויגן, וואָס האָט זיך עפּעס כסדר ביי אַ זייט גערוקט: ביי דער זייט פון הייזער, פּלויטן, ווי וועלנדיק, מע זאָל אים ניט באַמרקן, אָדער ער זאָל אין יעדן מאָמענט פון מעגלעכער סכנה ערגעץ אין אַ הויף, אין אַ טיר־לאָך קענען פאַרשווינדן.

ער, שמאַריאָן, מיט אַ פרום פּנימל מיט פיל פרומע קענטענישן, אַ גרויסער ווייסער אין פאַרשיידענע סאָרטן אותיותלעך, ווי כמעט אַ רב; דערצו נאָך ↰ 219 מיט אַ זעלטענעם זכרון אויף צו געדענקען אַלץ — אַלע טערמינען און זמנים — ווער ביי וועמען ס׳האָט ווען געליען און אויף וואָסערע פּראָצענטן; ווער אָפּגעגעבן, ווער ניט — ניט נאָר פון היגע סוחרים, קליענטן און געלט־לייער — נאָר אויך פון דער פרעמד, פון דער סביבה אַרום, ווער ס׳איז אַהער אין שטאָט אָנגעקומען נאָך געלט — צו משהן אין קאָנטאָר, אָדער צו אַנדערע בעל־הלוואות. דערצו נאָך האָט ער אויף אויסנווייניק אַלע געלט־קורסן, ווערטפּאַפּירן, אַקציעס, אָבליגאַציעס געהאַלטן אויפן קאָפּ — נישט נאָר פון היגן לאַנד, פון היגע בענק און אַקציאָנערע געזעלשאַפטן, גאָר אויך פון אויסלאַנד, פון אַלע.

אַנטקעגן זשע אָבער צאַלעל, איז סיי אויסערלעך, סיי מיט זיינע פייאיקייטן געווען כמעט דער היפּוך זיינער: אַ הויכער, גלייכער און גלאַטער, ווי אַ גראָבצאָליקע ברעט. ער איז תמיד אינמיטן טראָטואַר, אָדער אָפטער נאָך אויף דער מיט גאַס געגאַנגען. דעם קאָפּ הויך געטראָגן, גלייך אַ גאַנצע שטאָט דאַרף אים אָפּטרעטן, ווייל זי איז אים שולדיק, און שולדיק איז זי אים טאַקע געווען, ווייל אויסער מיט גרויסן פּראָמיל, האָט ער זיך דער עיקר פאַרנומען מיט וואָכער, מיט אַנטלייען געלט, וועמען ס׳האָט זיך נאָר געלאָזט — באַלמעלאָכעס, קליינהענדלער און מענטשן אַפילו אָן שום אָנזען און אָן שום מינדסטער בטוחות אין דער געזעלשאַפט, ווי מעקלער, דינסטן, מאַרק־זיצערינס א. אַז. וו.

ער איז געווען גראָב אין אַלע זיגענס, גראָב אין קענטעניש, גראָב אויך אין אויפפירונג — סיי ביי זיך אין דער היים בנוגע זיינע אייגענע ווייב און קינדער, און באַזונדערס גראָב און ווילד־אכזריש בנוגע אַלע יענע, וואָס זיינען אים געווען שולדיק.

אַזוי האָט מען געוואוסט אין שטאָט פון אים פיל צו דערציילן וועגן זיינע ווילדע שטיק און גענג בעת חובות אויפמאָנען, ווען ס׳האָט זיך אים אַמאָל געמאַכט אַ שלעכטער צאָלער. ער האָט זיך ניט אָפּגעשטעלט פאַר גאָרניט: פאַר אָרעמעלייט די לעצטע בעבעכעס איבערצושרייבן, פאַר אַן אלמנה דאָס לעצטע ביסל סחורה פון דער שטעל אַוועקנעמען, און אַפילו אויך ניט פאַר אַזאַ זאַך, האָט מען דערציילט, צו קומען אַמאָל צו איינעם, וואָס איז אים געלט שולדיק, און זיך אַריינלייגן אין יענעמס ווייבס בעט אַריין און זאָגן: ער גייט ניט אַרויס, ביז דער חוב וועט אים ניט געסילוקט ווערן ביז אַ גראָשן. אַזוי ווייט גראָב, אַזוי ווייט נבזהדיק און פייאיק איז ער געווען, צאַלעל.

אָפּגערעדט שוין פון אַ למדן. אַ למדן האָט ער געהאַט דעם איינציקן זון זיינעם, שוין אַן אויפגעקלערטער, שוין אַזוינער, וואָס ער פלעגט זיך שוין צווישן זיין גלייכן יונגעלייטלעך מיט זיין טאַטנס פּראָפעסיע אַ ביסל שעמען און פון אים אַזוי חוזק מאַכן; איז אויך אים, אָט דעם איין־און־איינציקן זון זיינעם, פלעגט ער, צאַלעל, אָפט אין טאַטן אַריין שעלטן: „אַ רוח אים אין ↰ 220 זיין טאַטן און אין זיין טאַטנס טאַטן”, — פלעגט ער אים אין פּנים שרייען, — ווייל ער האָט אַ טויגעניכץ אַ זון — אַ קענער, אַן אויפגעקלערטן שלימזל, וואָס ער לעבט פון זיין טאַטנס בזיונות און פון אָרעמען וואָכער...

און אָט אויף איינעם פון די צוויי האָט איצט סרולי מיט זיין ענין געוואַרט.

אַרויסגעקומען דער ערשטער איז דאָס מאָל צאַלעל, צו וועמען סרולי האָט, אים דערזעענדיק, גלייך פון זיין אָרט זיך אָפּגעטיילט און זיך אים אַנטקעגן געלאָזט.

מיר ווייסן ניט, ווי וואָלט געווען, ווען ס׳באַגעגנט אים צום ערשטן שלום שמאַריאָן; ווי וואָלט יענער אים אויפגענומען ביי דער באַגעגעניש, נאָך דעם, ווי ער האָט אים נעכטן געזען ביי זיין בזיון, ווען משה מאַשבער האָט אים פון שטוב אַרויסגעטריבן, און נאָך דעם, וואָס ס׳איז אין שטוב דאָרט געשען.

צאַלעל אָבער, וואָס אים איז אַלציינס יאָ בזיון, צי ניט בזיון, זיינען מיר זיכער, אַז ווען ער זאָל אַפילו יאָ געווען זיין דערביי, וואָלט דאָס אים אויך פאַר קיין שטערונג ניט געדינט פון דערנאָך מיט אים אין וואָסער־ניט־איז משא־ומתן אַריינצוטרעטן... בפרט, אַז ער איז ניט בייגעווען, ובפרט נאָך, אַז צווישן די ערשטע ווערטער, וואָס סרולי האָט אים, ווען ער איז נאָר צו אים צוגעגאַנגען, אַ זאָג געטאָן דאָס וואָרט „געלט”, און אָט דאָס וואָרט, ווי באַוואוסט, וואָלט צאַלעלן אַפילו פון שווערסטן לעטאַרגישן שלאָף אויפגעוועקט, ווייל וויבאַלד געלט, שטעלט ער זיך פאַר גאָרנישט ניט אָפּ: זאָל זיין פון וועמענס הענט, אַבי נאָר דאָס אַריינצובאַקומען, ווייל געלט, זאָגט צאַלעל, האָט קיין ריח ניט; — איז אָט, אַז צאַלעל האָט פון סרולין אָט דאָס וואָרט דערהערט, האָט ער זיך גלייך אָנגעשפּיצט אַ ער האָט דערשפּירט געשעפט, און כאָטש שוין שפּעט — שוין אויפדערנאַכט כמעט, און כאָטש נישט אויפן אָרט — אינמיטן טראָטואַר, אויפן גאַס גאָר, און כאָטש אויב דער מענטש, וואָס איז איצט פאַר אים געשטאַנען, אַן אויסטערלישער און גאָר ניט קיין געשעפטמאַן, ווי ער האָט געוואוסט, דאָך האָט ער אַן אויער צוגעלייגט און גרייט געווען יענעמס פאָרשלאָג אָדער יענעמס וואָסער־ניט־איז ענין אויסצוהערן.

— זע האָט צו פאַרטאָן געלט אויף עסקא, — האָט סרולי געזאָגט צו צאַלעלן, — און ער זוכט אַ בטוח, ער וויל דאָס אין זיכערע הענט אָפּגעבן, ווי, למשל, צו אַזאַ ווי משה מאַשבער. אויפן פּראָצענט וועט ער זיך ניט איבעריק שטעלן, דער עיקר איז אים — אַבי אַ בטוח.

צאַלעל האָט, דאָס דערהערנדיק, אויף סרולין אַ משונה קוק געטאָן. ער איז געווען פיל העכער פון אים אין וואוקס, און ער האָט אים אויפן קאָפּ אַ קוק געטאָן, ווי אַריינקוקנדיק אים אַהין, צו זען, צי ער איז ביים גאַנצן זינען...

דאָס מאָל האָט זיך שוין אַפילו צאַלעל פאַרחידושט און האָט זיינע אויגן ניט געגלייבט. געגלייבט האָט ער, אַז אַזאַ ווי ער, ווי סרולי, וועט זיך געוויס צו אים ווענדן וועגן אַ קליינער הלוואה פאַר זיך אויף גרויסע פּראָצענטן, ווי ↰ 221 געוויינלעך אַן איינער פון אַזאַ גראָד און לאַגע; און דעמאָלט, ווען אַזאַ פאָרשלאָג וואָלט פון סרוליס זייט געקומען, וואָלט זיך צאַלעל צוערשט באַדאַרפט היפּש באַטראַכטן, לאַנג זיך איבערלייגן, פיל זיך אָנפרעגן, דערנאָך ערשט פאָדערן ערבות און משכנות. איז אָבער פּלוצים — נאַ דיר גאָר אַזאַ זאַך: סרולי לייגט גאָר פאָר געלט אויף פּראָצענט צו געבן, אי דאָס, ווייזט אויס, ניט קיין קליינע סומע, און ער קוקט ניט, זאָגט ער, אויף קיין פּראָצענטן, אַבי אַ גרויסן בטוח.

ער האָט דערום אים אָנגעקוקט און ביי זיך דעם חידוש ניט געקאָנט אויפהאַלטן.

— ער, סרולי, געלט אַנטלייען? — האָט ער איבערגעפרעגט מיט האַלב שפּאָט ,האַלב פאַרוואונדערט.

— נו, יאָ, איז וואָס? — האָט סרולי געפרעגט.

— פונוואַנען קומט צו אים געלט?

— וואָס איז זיין זאַך? מע לייגט אים פאָר, זאָל ער ענטפערן: יאָ צי ניין. אויב ניין, וועט ער ערגעץ אַנדערש גיין. וועט ער עמעצן אַנדערש פאָרלייגן.

צאַלעל איז געווען פאַרלוירן. ער האָט זיך געישובט מיט דער דעה, צי זאָל ער יאָ, צי זאָל ער ניט גלייבן, ווייל אפשר האָט ער גאָר פאַר זיך אַ חסר־דעה, וואָס די גאָרע רייד מיט אים זיינען איבעריק.

אַן אַנדערער אויף זיין אָרט, גלייבן מיר, וואָלט גיכער אויף יאָ משוגע, ווי אויף ניט באַשלאָסן. ער וואָלט אויסגעשפּיגן, זיך אָפּגעקערעוועט און אַוועקגעגאַנגען.

צאַלעל אָבער, וואָס איז, ווי געזאָגט, אויפן ענין געלט אַ ביסל קראַנק געווען, וואָס וויבאַלד געלט, זיינען אַלע אומגלייבלעכקייטן גלייבלעך, און אַלע משוגעתן לייגן זיך אוין זינען — צאַלעל האָט, אמת טאַקע, געצווייפלט, אָבער פאָרט האָט ער זיך אַן אָרט געלאָזט אויף טאָמער אויב ניט, און אפשר איז די זאַך פאָרט דאָך ערנסט.

ער האָט דערום, כדי אויספּרואוון סרולין, זיך נאָכאַמאָל געווענדט צו אים און ביי אים אַ פרעג געטאָן:

— איז ווען קאָן ער דאָס צושטעלן, דאָס געלט?

— ווען? ווען ער וועט וועלן, ווען ער וועט דאַרפן, אַפילו היינט, אַפילו שוין, — האָט סרולי געענטפערט און האָט זיך באַלד מיט דער האַנט צו דער בוזעם־קעשענע גענומען, גלייך ער איז גרייט באַלד טאַקע פון דאָרט, פון דער בוזעם־קעשענע, דאָס אַרויסצונעמען און באַווייזן.

— ניין, מע דאַרף ניט, ס׳איילט ניט, מ׳האָט צייט, — האָט צאַלעל געזאָגט, און שוין גלייבנדיק און איבערצייגט זייענדיק, האָט ער סרוליס האַנט פון אין קעשענע אַריינצוטאָן ווי אָפּגעהאַלטן, — איצט דאַרף מען ניט, — האָט ↰ 222 ער געזאָגט, — שפּעטער, ער וועט זען, ער וועט זיך אָנפרעגן, זיך דערוויסן, וועט ער אים צו וויסן געבן, סרולין.

— איז זאָל ער זשע דאָס געדענקען, האָבן אין זינען און מאַכן וואָס גיכער! — האָט סרולי געזאָגט, און באַלד האָט ער זיך אויסגעקערעוועט און צאַלעלן, — ווי ער איז צום אָנהייב אַ פאַרוואונדערטער געשטאַנען, אַזוי האָט ער אים אויך איצט אין פאַרוואונדערונג געלאָזט.

* *
*

מיר ווייסן, אַז דאָס, וואָס מיר האָבן דאָ נאָר־וואָס דערציילט, וועט אַרויסרופן מיספאַרשטייעניש און פראַגעס:

— ווי קומט צו סרולין גאָר געלט? וואָס איז ער פאַר אַ צאָלער, וואָס פאַר אַ געלט־אַנטלייער: פון וואָס פאַראַ מיטלען און פון וואָס פאַראַ פאַרבאָרגענע קניפּלעך?

איז אָט. כדי דערויף צו ענטפערן און דאָס צו דערקלערן, מוזן מיר זיך אומקערן צו יענעם געשפּרעך זיינעם מיט לוזין, וואָס ער האָט ביי אים מיט אַ טאָג פריער אינדערפרי געבעטן און פאַרנאַכט מיט אים געהאַט, און וואָס, איבער געוויסע טעמים, האָבן מיר אויפן געהעריקן אָרט זיך אָפּגעהאַלטן פון אים צו געבן, אים דורכגעלאָזט און פאַרשוויגן.

איצט קערן מיר זיך צו אים אום:

אַז סרולי איז יענעם פאַרנאַכט, ווי אָפּגערעדט געווען, אַריין צו לוזין, האָט ער אויסגעזען, ווי איינער, וואָס אָדער ער איז ניט דערשלאָפן, אָדער ער איז צופיל איבערגעשלאָפן, ווען אויפן האַרצן איז אים זייער זויער. ער האָט אָנגעהויבן זיין געשפּרעך בייז, אויפגערעגט, קוקנדיק אין אַ זייט, ווי זוכנדיק זיך אומזיסט און אומנישט יענעם, זיין מיטשפּרעכער, אָנצוטרעטן. ער האָט גלייך, ווי ער איז אַריינגעקומען, אַ זאָג געטאָן:

— ער איז געקומען צו לוזין, ווייל אויסער אים האָט ער דאָ אין שטאָט קיינעם. אַלע זיינען דאָ אָדער פערד, אָדער בהמות, אָדער מענטשן ענלעכע צו זיי־

אָט אַזוי, אין אָט דעם־אָ טאָג, האָט ער אַ שטיק צייט אַ שטיק בייזן געשפּרעך געפירט, ביז ער איז לסוף אַלץ ווייבער און צוגעלאָזטער געוואָרן און אַרויסגעפאָרן מיט דעם, צוליב וואָס, אייגנטלעך, ער איז געקומען.

ער האָט דערציילט:

* *
*

ער מוז אים דאָ אָנהייבן, לוזין, גאָר פון לאַנג. ער האָט זיך דערצויגן אין אַ קליין שטעטל אין גאַליציע, אַזש ביים טייך סאַן, ביי אַן אַלטן, זייער רייכן און שטאַרק קאַפּריזנעם זיידן. דער זיידע האָט אַמאָל געהאַלטן גרויסע פּאָסעסיעס, ↰ 223 דערנאָך אַ גרויסן פּריצישן וויינשענק, דערנאָך, אַז ס׳האָט אים געטראָפן דאָס אומגליק, וועגן וועלכן ס׳וועט באַלד דאָ די רייד זיין, האָט ער אַלע געשעפטן אָפּגעלאָזט, זיי צו געלט געמאַכט, זיך פאַרשלאָסן און פון דער וועלט אָפּגעזונדערט.

זיין מוטער האָט ער פרי אָנגעוואוירן. ניט זי איז געשטאָרבן, נאָר, ווי ער האָט אין דער פריסטער יוגנט געהערט, איז זי „אַנטלאָפן”. און דאָס איז פאַרן זיידן אַ דרייענדיקער אומגליק געווען. ערשטנס, ווייל ער איז געבליבן עלנט; קיין ווייב, קיין קינד, קיין זין און טעכטער מער; צווייטנס, איז דאָס אַנטלויפן אַליין אַ מוראדיקע שאַנד דאָך; און דריטנס, איז זי, ווי ער האָט געהערט, נאָך ניט מיט קיין ייד אַנטלאָפן... — „ערגער” האָט מען שטילערהייט צוגעגעבן און אויף אים, אויף סרולין, אויפן קינד, אָנגעוויזן. וואָס „ערגער” — האָט ער ניט געוואוסט. געוואוסט האָט ער נאָר, אַז נאָך איר אַנטלויפן האָט ער אויך זיין פאָטער אָנגעוואוירן.

ער איז פון שטוב פאַרשוואונדן, און ער איז געבליבן אַ קיילעכיקער יתום, אָן טאַטע־מאַמע, און נאָר אויפן אַלטן זיידנס אויסהאַלט, דערציאונג און השגחה.

דעמאָלט האָבן זיך דעם זיידנס קאַפּריזן, וואָס זיינען אַזוי אויך, ווייזט אויס, היפּש געווען, אַדאַנק דעם אומגליק נאָך פאַרשטאַרקט. ער האָט זיך, ווי געזאָגט, פון דער וועלט אָפּגעזונדערט, זיך אין ערגעץ ניט געוויזן און קיינעם ניט אויפגענומען. ער האָט זיך אויך געלאָזט בויען אַ באַזונדער שולעכל. „ידידיהס שולעכל”, — האָט מען עס גערופן, וואו ער, און נאָר אַן איינציקער, געציילטער און באַצאָלטער מנין אָרעמע יידן האָבן דאָרט געדאַוונט. אויך אַ באָד. „ידידיהס באָד” — האָט מען זי גערופן, וואוהין ס׳איז קיינער, אויסער די זייניקע, ניט אַריינגעלאָזט געוואָרן.

דער זיידע פלעגט גאַנצע טעג לערנען, און מער ווי לערנען פלעגט ער אָפט זיצן פאַרטראַכט אויפן באַנק־בעטל, וואָס אָן אַ ווענטל. דעם קאָפּ פאַרוואָרפן, אין דער וואַנט אָנגעשפּאָרט, און פונעם שטענדיקן אָנשפּאַרן זיך אין יענער וואַנט, איז אויף יענעם אָרט אַ שטענדיק אויסגעריבן גריבל אָנצוזען געווען, ניט געטינקעוועט און קויטיקלעך.

ער, סרולי, האָט זיך אין אַ ווייטלעכן, אָפּגעזונדערטן חדר אויפגעהאַלטן, וואָס מיטן זיידנס האָט ניט צו טאָן געהאַט און וואָס אַ באַזונדערער אַרויסגאַנג האָט אויך געפירט צום דרויסן. בייזלעכע מלמדים און אַלטע אומפריינטלענע משרתים און דינסטן האָבן אים געלערנט און אונטער זייער שמירה געהאַלטן, און צום זיידן האָט ער זיך ניט אָנגעקערט. דער זיידע האָט אים קיינמאָל צו זיך ניט גערופן. נאָך מער: ווייזט אויס, אַז ס׳איז אויך פאַרזאָגט געווען, אַז מע זאָל אים ניט צולאָזן, ווען ער, דאָס קינד, וועט אַפילו וועלן. ער האָט דאָס געפילט, און נאָר זעלטן דערום, נאָר ווען דאָס האַרץ האָט אים ↰ 224 אַ צי געטאָן פון גרויסער קינדערשער עלנט, האָט ער, קעגן דעם אָנזאָג און פאַרבאָט, אויפן זיידנס שוועל זיך באַוויזן.

ער האָט אים אָפט געטראָפן זיצן אַ פאַרטראַכטן, מיטן קאָפּ אין וואַנט אָנגעשפּאַרט, די אויגן צוגעמאַכט, די באָרד אַרויסגעסטאָרטשעט, און אַלעמאָל האָט ער אים געהערט עפּעס איינע און די זעלבע ווערטער אַרויסזיפצן: אוי לי לביתי... אוי לי לביתי”...*)

אַז דער זיידע פלעגט אים אַמאָל דערזען, פלעגט ער זיך צוערשט דערשרעקן, גרויסע אויגן עפענען, גלייך ניט וויסנדיק, ווער ער איז און פונוואַנען ער האָט זיך גאָר צו אים אין שטוב גענומען. דערנאָך פלעגט ער זיך אַ כאַפּ טאָן, אים צורופן, און אויף גיך און ציטעריק אים ווי וועלן אָנטאַפּן, אַ גלעט טאָן; אָבער באַלד האָט ער זיך ווי אין עפּעס דערמאָנט, דעמאָלט פלעגט ער אים מיטאַמאָל פון זיך אַ שטאַרקן שטויס טאָן און אַ זאָג געבן אַזוי, אַז נאָר ער, דאָס קינד אַליין, און ניט אַפילו די ווענט אין שטוב, זאָלן הערן: — ממזר... ממזר בן הנידה... ער, דאָס קינד, פלעגט, די ווערטער ניט פאַרשטייענדיק, זיך פאַרן זאָג דאָך דערשרעקן, אַוועק, און אויף לאַנג, ביז אַ צווייט מאָל, ביז דאָס האַרץ האָט אים ווידער ניט אַ צי געטאָן... דעמאָלט פלעגט ער ווייטער אויף דער שוועל זיך ווייזן, אויף ווידעראַמאָל אָפּגעשטויסן ווערן און אויף מער און לענגער דאָס צו פאַרגעדענקען.

אַזוי האָט ער זיך דערצויגן, ביז דער זיידע איז שוין אַלט געוואָרן און באַדאַרפט שטאַרבן.

דעמאָלט האָט ער איינמאָל צונויפגערופן די פּני פון שטאָט, די שענסטע, די חשובסטע, וואָס די לעצטע יאָרן האָט ער זיך, מחמת משה, פון זיי דערווייטערט, און וואָס אויך זיי, פון זייער זייט, האָבן אים געשאַנעוועט און אין זיין שאַנד און אומגליק ניט געוואָלט זען — האָט ער זיי צונויפגענומען און זיך געלאָזט אַ צוואה שרייבן.

ער האָט קיינעם ניט געהאַט צו באַזאָרגן, אויסער אַ ביסל אויף עולמות, ווי ס׳פירט זיך, און דאָס איבעריקע אַלץ האָט באַדאַרפט געהערן אים, דעם קינד, דעם איין־און־איינציקן יורש זיינעם.

*) וויי איז צו מיר און צו מיין הויזגעזינד.

האָט זיך אָבער אַרויסגעשטעלט, אַז שוין אויף דער ,שוועל פון קבר זייענדיק, האָט דער זיידע נאָך אַלץ דעם בזיון ניט פאַרגעסן, וואָס זי, די טאָכטער זיינע, די מוטער פון קינד, האָט אים אָנגעטאָן אויף דער וועלט, און וואָס ער איז זיכער געוויס, אַז אויך אויף יענער וועט דאָס אים אַנטקעגן גיין, מע וועט עס אים דערמאָנען, און אַוודאי דאַרף ער זיך אַלע האָר פון קאָפּ אויסרייסן; איז אָט, דאָס געדענקענדיק, האָט ער, ניט געקוקט, וואָס אַלע פּני האָבן זיך אים אַנטקעגנגעשטעלט, מיט אים פיל געטענהט און זיך באַמיט ↰ 225 אים צו איבערצייגן, אַז „וואָס איז דאָס קינד שולדיק, אַ קינד איז אַ קינד א. אַז. וו.” — האָט ער זיך געהאַלטן ביי זיינס, און איינמאָל פאַר אַלעמאָל געוואָלט דאָס קינד מעביר נחלה זיין, אים פון ירושה אָפּזאָגן.

ער האָט האַרט און ביטערלעך איינעם נאָר אַ פּסוק געהאַלטן אין איבערחזרן, אַז „משרש נחש יצא צפע” — אַז פון אַ שלאַנג, הייסט עס, קאָן קיין בעסערס פון קיין שלענגל ניט אַרויסקומען. און ווייטער און קיין איבעריקס האָט ער זיך ניט געלאָזט רעדן. דאָך, — נאָך לאַנגע ראיות, וואָס אַלע אַנדערע, די פּני, האָבן פון געוויסע, גרויס־באַוואוסטע ספרים געבראַכט און פון דאָרט דעם היפּוך פון זיין ווילן אים באַוויזן, אויסגעדרונגען און אים איבערצייגט, אַז ער גרייזט, — האָט ער זיך אונטערגעגעבן, אַ ביסל אָפּגעטראָטן און שוין באַשטאַנען אויף פאָלגנדיקן: ביז דאָס קינד וועט אויסוואַקסן, דאַרף זיין דערציאונג גיין, ווי זי איז ביז אַהער געגאַנגען, אויף זיין, דעם זיידנס, הייסט עס, אויסהאַלט; וואָס, אגב געזאָגט, האָט מען מיט אים וועגן דעם ניט איבעריק באַדאַרפט האָרעווען, ווייל דאָס האָט ער זיך אַליין פאַר מחויב געהאַלטן. ווייטער אָבער דאָס, וואָס ער האָט זיך געהאַלטן פאַר נישט מחויב, האָבן שוין יענע, די פּני, ביי אים אויסגעריסן, אויסגעדונגען, און אַ צווייטן פּונקט מכוחן קינד אַריינגעשטעלט, און נעמלעך: אַ געוויסע, גרויסע סומע ווערט פאַר אים אין זיכערע הענט פון גרויסע בטוחים אַוועקגעלייגט, אַז אין פאַל (אָט דעם תנאי האָט ווידער דער זיידע געפאָדערט אַריינצושטעלן און אויסנעמען, ווייל אַנדערש וויל ער ניט, אַנדערש באַשטייט ער ניט), אין פאַל, אויב ער וועט גיין אין די גוטע וועגן, די געוואונטשענע פאַר אים, פאַרן זיידן אַליין, און פאַרן גאַנצן קהל געוואונטשן, און ער וועט אָפּהיטן אַלץ, וואָס דער יידישער דין און דת *) פאָדערט, דעמאָלט וועט מען אים זי, אָט די סומע, צו אַ געוויסן עלטער זיינעם מעגן אַרויסגעבן. — „פאַרוואָס נעמט ער אַזוי אויס? — ווייל, — האָט דער זיידע צוגעגעבן שוין מיט אַ שלאַבעריק מויל, אָבער נאָך מיט האַרבן וואָרט און בטוחות, — ווייל, אמת, ער האָט זיך פון יידן, — וואָס אפשר ווייסן זיי מער פון אים, פאַרשטייען מער, — זיך געלאָזט איבעררעדן, און ער גיט נאָך; אָבער ער האַלט זיך ביי זיינעם — און זיין גרויס אומגליק טראָגט ער אין האַרצן און פירט אים אויך אין קבר אַריין — אַז וויי איז זיין אומגליק, נאָר פאַר גאָט און פאַר מענטשן איז דאָך ניט צו לייקענען, אַז בלוטן האָט ער טריפה, און פון אַזוינעם קאָן מען, ווער ווייסט וואָס נאָך צו דערוואַרטן; אַזוי, אַז העלפן אַזוינע איז ער ניט מחויב, אָבער אַזוי ווי ער קאָן דאָס ניט פאָרויסזען, איז זאָלן גאָט און מענטשן זען, און שפּעטער, אין דער ריכטיקער צייט, משפּטן...”

*) געזעץ.

↤ 226

— ער וויל דאָ, אגב, צוגעבן, סרולי, אַז ווען ער האָט וועגן דעם דעמאָלט דערהערט, — ווייל אין דער גאַנצער שטאָט, פאַרשטענדלעך, איז וועגן דעם דעמאָלט די גרויסע רייד געגאַנגען און אויך אין שטוב ביים זיידן, צווישן די רביים, דינסטן און משרתים, — איז אָט, אַז צו זיין אויער זיינען דערגאַנגען די ווערטער, וואָס פיל מיילער האָבן דעמאָלט געהאַלטן אין איין איבערחזרן . „מעביר נחלה זיין”, „ירושה”, „געלט” א. אַז. וו. — איז געדענקט ער ניט, צי איז ער גראָד דעמאָלט טאַקע עפּעס ניט געזונט געווען, צי דערוויסנדיק זיך וועגן דעם, האָט דאָס אַליין אויף אים מיטאַמאָל אַזוי קרענקלעך געווירקט, — אַזוי צי אַזוי, נאָר אַז ער האָט איינמאָל ביי אַזאַ געשפּרעך דערהערט דאָס וואָרט „געלט”, האָט ער מיטאַמאָל דערשפּירט, ווי עפּעס אַ קאָפּווייטיק און אַ ניטגוטקייט — ביז אין בויך אַריין און ביז די קישקעס, און פון דעמאָלט אָן רופט ביי אים אַלעמאָל אַרויס דאָס וואָרט דאָס זעלבע כמעט, ווי דעמאָלט — אַ שרעקלעכן עקל, ניט נאָר צו דעם אַליין, נאָר אויך צו אַלע די אַפילו, וואָס האָבן דאָס און פאַרמאָגן...

ער האָט דעמאָלט דערפילט דעם טעם פון עלנט און פון אָפּגעשטויסן זיין אַפילו פון דעם, וואָס וואָלט אין אַ געוויסער מאָס זיין עלנט געקאָנט לינדערן — פון זיידן. באַזונדערס האָט ער דאָס דערפילט די לעצטע טעג פון פאַר דעם זיידנס שטאַרבן. ווען די שטוב איז שוין געווען אָפן פאַר פאַרשיידענע מענטשן אין שטאָט, וואָס זיינען געקומען מבקר חולה זיין, און אויך פון אַנדערע, וואָס פריער האָט מען זיי, איבער די אויבנדערמאָנטע טעמים — איבער דעם זיידנס אָפּגעזונדערטקייט — קיינמאָל ניט געזען; איצט, ווען אַלע טירן שוין אָפן, און ווער ס׳האָט געוואָלט, איז אַריין און אַרויסגעגאַנגען, האָט אויך ער, דאָס קינד, איינמאָל זיך דערלויבט צום זיידן אין שטוב אַריינצוקוקן. ס׳איז שוין געווען פאַר לעצט... אָבער ווען דער זיידע האָט אים דערזען, האָט ער אַפילו דעמאָלט געדענקט און אים אַפילו אויף די אויגן ניט געלאָזט, ער האָט, אים דערזעענדיק, זיך צעוויינט, און מיט אַ שוואַכער גסיסה־האַנט אַן אָפּטרייבנדיקן מאַך געטאָן:

— זאָל ער, הייסט עס, אַוועקגיין, זיך אים פאַר די אויגן ניט ווייזן און אים זיינע לעצטע מינוטן ניט פאַרפינצטערן...

דער זיידע איז געשטאָרבן.

ער וויל דאָ ניט דערציילן, וואָס ער איז אויסגעשטאַנען — פריער ביי די אָפּעקונעס פון זיין אייגענער שטאָט, פון זייערע קינדער, און בכלל פון שטאָט־קינדער, — איבער דעם צונאָמען, וואָס איז אים נאָכגעגאַנגען און האָט אים באַגלייט, זינט ער איז אַרויס פון זיידנס שטוב און פון אונטער דער השגחה פון יענע מענטשן, וועלכע זיינען פון זיידן געשטעלט געוואָרן אים צו שיצן.

ער וויל אויך ניט דערציילן פון דעם, וואָס ער איז שפּעטער אויסגעשטאַנען פון אַנדערע אָפּעקונעס פון אַנדערע שטעט, וואוהין די ערשטע, די ↰ 227 זיין־שטאָטיקע, האָבן אים איבערגעפירט ,זעענדיק, אַז אין דער היים, ביי זיך, וועט אַזאַ, ווי ער, צו קיין רו און צו קיין תכלית ניט קאָנען קומען, ניט אין דער יוגנט און אויך ניט שפּעטער, ווען ער וועט עלטער ווערן, מחמת דעם שלעכטן נאָמען, וואָס באַגלייט אים.

אָט דער שלעכטער שם האָט אים אָבער אויך אין אַנדערע שטעט באַגלייט. ניט געקוקט אויף זיינע גוטע פייאיקייטן, אויף זיין ווילן צו לערנען און קענען לערנען, האָט זיין צונאָמען אים גערויבט די רו בייטאָג, דעם שלאָף ביינאַכט, און פאַרקערט; אָט די אַלע זיינע מעלות און דאָס אויסצייכענען זיך אין לערנען האָט אַרויסגערופן און געשאַפן אַ באַציאונג צו אים אַ פאַרקערטע צו דער, וואָס אַזוינע אייגנשאַפטן רופן אַרויס בנוגע אַנדערע. פאַרקערט, אָט די פייאיקייטן האָט מען צוגעשריבן ניט אים אַליין, ווי די אַלע אַנדערע, ווען זיי פאַרמאָגן אַזוינע, נאָר ווידעראַמאָל דעם צונאָמען, ד. ה., דער אויסטערלישער געבורט־לאַגע זיינער, ווי אַלע אַזוינע, וועלכע מע טיילט אויס און מע האַלט די מעלות זייערע ניט פאַר זייערע, נאָר ווי פון אויסן זיי געקומען, ווייל די „קעפּ” זייערע — „ממזר־קעפּ”...

אַזוי איז ער זיין גאַנצע יוגנט אַרומגעגאַנגען געדריקט, ער האָט זיך קיין אָרט ניט געפונען, און איינער נאָר אַ טרוים האָט אים באַהערשט: וואָס גיכער עלטער ווערן, כדי אַרויס פון רשות פון די אַלע, וועלכע האָבן, לויט זיין לאַגע און לויט דעם זיידנס צוואה, געהאַט צו זאָגן אויף אים — אַרויס, הן פון זייער גייסטיקער און הן פון זייער געלט־אַפּיטרופּסות, מער יאָרן קריגן און די ירושה אין די הענט אַריינבאַקומען, און דעמאָלט וועט ער אַוועק אין אַזוינע ערטער, וואו מע קען אים ניט, וואו זיין נאָמען וועט פאַר קיין פאַל אַהין שוין ניט דערלאַנגען. און דאָרט וועט ער אָפּרוען, טאָן מיט זיך, וואָס ער וועט וועלן און אין דער שטיל און באַטראַכטן זיין וועג אין לעבן און זיין תכלית זיך אויסטיילן.

און אַז די צייט איז געקומען, אַז זיין טרוים איז אים פאַרווירקלעכט געוואָרן, איז זיין פרייד אַזוי גרויס געווען, און אַלע פאַרבאָרגענע כחות האָבן אין אים אַזאַ רעד און שטראָם געטאָן, אַז ער איז קראַנק געוואָרן.

דעמאָלט האָט ער זיין ערשטע קרענק באַקומען — די, וואָס איז באַשטאַנען אין דעם, וואָס ער האָט זיך איינגערעדט, אַז ער מוז געפינען זיין מוטער. ער מוז זי ווען־ניט־איז דערזען, זי וועט אים אומגעריכט אַנטקעגן קומען און זיך צו אים דערקענען. ער פלעגט אַרומגיין אַ דולער; אין יעדער אומבאַקאַנטער האָט ער געגלייבט זי צו באַגעגענען. אין אַ יונגער — ווען ער איז נאָך יונג געווען, אין אַן עלטערער — ווען ער איז שוין עלטער געוואָרן; און ס׳איז דערגאַנגען אַזוי ווייט, אַז ער האָט אייניקע מאָל אַפילו גאַנצע רייזעס פירגענומען אַהין, אין די ערטער, וואו זיין געבורט־שטאָט איז געלעגן. ער האָט פון אַרום, ביי וועמען גאָר מעגלעך, אויף איר זיך אָנגעפרעגט, זיך געלאָזט געלט קאָסטן, ↰ 228 אַז אַנדערע זאָלן אים העלפן זוכן, און ס׳איז אים ניט געלונגען, און נאָך יעדער אַזאַ־אָ רייזע האָט ער זיך צוריק צו זיין אָרט אומגעקערט אַ צעבראָכענער, אַן אויסגעשעפּטער, און, ווי פון אַ הויך אָרט אין אַ טאָל אַראָפּגעוואָרפן, איז מיט זיין גאַנץ זעקל מידע ביינער אויף אַ לאַנגער צייט אַזוי ליגן געבליבן, ביז ס׳איז אים איבערגעגאַנגען, ביז ער האָט ווידער, אַזוי־אָ ליגנדיק, כחות אָנגעזאַמלט, און ביז ער האָט זיך ווידער פון יענעם טרוים אָנגעפילט, און גענומען גלייבן צו קענען אים פאַרווירקלעכן, — און דעמאָלט האָט ער זיך ווידער אויף זוכעריי געלאָזט.

אַזוי עטלעכע מאָל, ביז ער האָט זיך אינגאַנצן מייאש געווען און פון יאוש זי פאַרגעסן... און דעמאָלט איז אים די צווייטע שלאַפקייט אונטערגעקומען, יענע, וואָס איז אים נאָך אין זיין פריסטער יוגנט באַפאַלן, ווען ער האָט דאָס ערשטע מאָל, ווען מע האָט אין זיין זיידנס שטוב פון זיין ירושה גערעדט, — געבראָכן, ס׳האָט זיך אים איצט אָפּגערופן מיט אַזאַ שטאַרקייט, מיט אַזאַ קראַפט, אַז אַלץ, וואָס האָט אים אַ מינדסט נאָר דערמאָנט אין דעם, האָט ביי אים אַרויסגערופן דאָס זעלבע, ווי דעמאָלט.

דעמאָלט האָט ער אויך אַ נדר און אַ שבועה געגעבן, פון זיין אייגנס, וואָס ער האָט אַצינד, און וואָס ער וועט אַמאָל נאָר האָבן, זיך אָפּצוזאָגן, דערפון קיין הנאה ניט האָבן, — ניט נאָר די הנאה פון פאַר זיך אַליין דאָס אויסצונוצן, נאָר אויך אַפילו פון דער הנאה אַן ענדערן דערמיט גוטס צו טאָן. ער האָט ניט געקאָנט פאַרליידן, ווען קבצנים ווילן זיך זען באַגליקט, אַרויס פון זייער שטאַנד און איבערגיין צו אַ העכערן, צו אַ מער גליקלעכן.

דעמאָלט אויך האָט ער זיך אינמיטן לעבן געבראָכן. ער האָט, לויט זיין דערציאונג און קענטעניש, וואָס ער האָט ביז דעמאָלט שוין געהאַט דערוואָרבן, געקאָנט גיין אין וועג, וואָס פאַר אַזוינע, ווי ער, איז אויסגעטראָטן — אַ לערנער צו זיין און זיך פאַראייניקן צו יענע, וואָס פון לערנען מאַכן זיך די מלאכה, ווי אַ רב א. אַ.; בפרט ער, וואָס האָט נאָך דערצו אַ היפּשן פאַרמעגן געהאַט, וואָס דערפון און פון לערנען, ווי באַוואוסט, לאָזט זיך היפּש מאַכן און זיך גאָר הויך אַרויפרוקן.

ער אָבער האָט ניט אַזוי געטאָן. ער האָט זיך, פאַרקערט, שטאַרק נידעריק אַראָפּגעלאָזט. ס׳האָט אים עפּעס אַ צי געטאָן אַראָפּ, דערצו האָט זיך אים אַ צופאַל געמאַכט — אַ חבר, ווי ס׳מאַכט זיך, וועלכער האָט אים דעם וועג אַהין געוויזן, און ער ווייסט אַליין ניט, ווי אַזוי — ער האָט דאָס כמעט ניט באַמערקט, גלייך ס׳וואָלט מיט אים געשען אין שלאָף, אין אַ חלום — נאָר מיטאַמאָל האָט ער זיך דאָרט געטראָפן.

— וואו? — דאָרט, וואו אַזוינע פון זיין שטאַנד און פון זיין לאַגע טרעפן זעלטן; צווישן אַזוינע, וואָס זעלטן, אַז אַזאַ, ווי ער, פון אַזאַ הויכן גראַד, פריער ביים זיידן, דערנאָך אַפילו ביי די אָפּעקונעס זייענדיק — קאָן זיך גאָר ↰ 229 פאָרשטעלן, אַז אַזוינס איז וואו און ווען נאָך מעגלעך... „שפל המדרגה” *) אי צו ווייניק צו זאָגן. ניין, נידעריקער פון נידעריקן...

— ווי אַזוי ער קומט אַהין און פאַרוואָס ער האָט זיך אַ שטיק צייט דאָרט אויפגעהאַלטן? מעגלעך דערפאַר, וואָס דאָרטן האָט אים קיינמאָל קיינער ניט געקאָנט אויסוואַרפן דאָס, פון וועלכן ער האָט, צווישן זיין גלייכן זייענדיק, פריער, אַמאָל אַזוי שטאַרק געליטן. ניט אויסוואַרפן — ערשטנס, דערפאַר, ווייל קיינער האָט זיך מיט זיין פאַרגאַנגענהייט, מיט זיין שטאַם און יחוס ניט אינטערעסירט און זיך ניט געוואָלט דערוויסן, און ווען אַפילו יאָ, זיינען אַזוינע זאַכן צווישן יענע גאָר אַ קליינער פּסול געווען, ווייל דאָרט זיינען אַלע אַזוינע, און דאָרט האָט מען געזען אויך פיל ערגערס... מעגלעך דערפאַר... ווי ס׳זאָל ניט זיין, נאָר ער האָט זיך דאָרט געפילט פריי, אויפגעבונדן און אָן אַלע יענע צוימען, מיט וועלכע די גאַנצע וועלט, אויסער יענע, צווישן וועלכע ער איז אַריינגעטראָטן, פילט זיך געשפּאַנט אין זיי, געענגט און געבונדן הן בנוגע מענטש צו מענטש, הן בנוגע מענטש צו גאָט.

ער האָט זיך געפילט אַזוי, אַז צוערשט האָט אים ניט געאַרט צו ווערן אַ משרת אין אַ וויינשענק, וואו פּשוטע פּויערים און געוויינלעכע שטאָטלייט פון אַ קריסטלעכער באַפעלקערונג פלעגן טרינקען, וואו מע פלעגט זיי אויסטרענצלען אין שיכרות ביז לעצט, סיי דער באַלעבאָס פון וויינשענק אַליין, סיי אויך די באַדינער, וואָס האָבן זיך פאַר קיינע פּסלנות ניט אָפּגעשטעלט, פאַר קיינע מיאוסקייטן ניט, אַפילו ביז גנבה...

ס׳האָט אים אויך ניט געאַרט דערנאָך, נאָכן שענק, מיט אייניקע פּאַרשוינען אַרומצוגיין איבער די הויפן, וואו איינער האָט געשפּילט אויף אַ פידל, און ער — אויף אַ פלייט, אויף וועלכן מע האָט אים אין אַ קעלער־לאָך־קאָמפּאַניע אויסגעלערנט און מיט אים לאַנג איינגעשטודירט. ער איז אומגעגאַנגען מיט יידן און אויך מיט ניט־יידן־קאָמפּאַניאָנען, מיט ווענגערס, מיט מאָלדאַוואַנעס און אַנדערע, פריער נאָר אין זיין געבורט־לאַנד, דערנאָך אויך גרענעצן געשמוגלט און אויך אין פרעמדע לענדער זיך אומגעשלעפּט.

ס׳איז געווען סאַמע אין ברען פון זיין יוגנט. און פאַרשטענדלעך, אַז „צו אַכצן יאָר — צו חופּה” ווי ס׳איז אָנגעזאָגט און געבאָטן צו מענטשן, וואָס לעבן אין געוויינלעכע אָנגענומענע זיטן און איינגעשטעלטן שטייגער, האָט ער שוין ניט אויסגעפילט. ער האָט שוין געלעבט און זיך אויפגעפירט ,ווי יענע, וואָס זיינען אַזוי ווייט פון שטייגער, און וואָס קיין שום פאַרבאָטן האַלטן זיי ניט אָפּ און שטייען זיי אין וועג ניט... ער האָט עובר געווען אויף אַלץ, אויף וואָס פאַר אַן עבירה נאָר ס׳איז אים צו דער האַנט געקומען, ביז די ערגסטע, האַרבסטע, ביז אַזוינע, וואָס מ׳איז ניט כדאי אַפילו פאַרן מויל צו ברענגען.

*) נידעריקע שטופע.

↤ 230

ער האָט דעמאָלט אַזוי ווייט געהאַלטן, אַז ער האָט שוין אַפילו ניט געדענקט קיין עבירות פאַר עבירות. ער האָט אַלץ געטאָן אַזוי ווי אין אומשולד, נישט טראַכטנדיק און נישט געדענקענדיק אַפילו דערביי, אַז אַנדערע טוען אַנדערש און אַז ער איז נאָר־וואָס אַוועקגעגאַנגען פון אַ תורה, אין וועלכער ער האָט שוין זייער ווייט געהאַלטן, און וואָס זייענדיק און האַלטנדיק זיך ביי איר, האָט אים קיינמאָל אויפן זינען ניט געקאָנט קומען, אַז אַזוינס, וואָס ער טוט איצט, איז גאָר מעגלעך און איז אין מענטשלעכן גדר.

מיט איינעם וואָרט, ער איז ווייט פאַרגאַנגען, אַזוי ווייט, אַז ווען ער האָט איינמאָל, נאָך זייער אַ שענדלעכער מעשה, זיך געכאַפּט, האָט ער די מוטער זיינע אויף צוריק ביז אין זיין געבורט אַריין פאַרשאָלטן, און אויף זיינע ליפּן זיינען אים געקומען יענע ווערטער, מיט וועלכע דער זיידע פלעגט אים אין דער יוגנט, ווען ער פלעגט זיך צו אים אַמאָל אין שטוב אַריינשטעלן, באַגעגענען, — די ווערטער: „ממזר”... „ממזר בן הנידה”...

יאָ, ער מוז זיך מודה זיין, אַז די גאַנצע יענע צייט האָט ער כסדר געפילט עפּעס ענלעכס אויף דעם, פאַר וואָס דער זיידע זיינער פלעגט, אים דערזעענדיק אַמאָל, אים ווי ניט וועלן דערקענען און ניט וויסן, — דאָס מיינט ער דאָס, וואָס האָט אים מעגלעך געמאַכט מיטאַמאָל אַזוי שאַרף, אַזוי אומגעריכט און אַזוי גוואַלדיק אָן חרטה איבעררייסן מיט זיין אַלעם פאַרגאַנגענעם, געלערנטן און דערוואָרבענע מידות און אָן שום צער און וויי אויף אָט דעם ווילדן וועג פאַרקערעווען, — דאָס מיינט ער דאָס, וואָס איז אים געקומען, געוויס, אַדאַנק זיין אָפּשטאַם און געבורט־בלוטן.

ער האָט אויך געפילט, אַז ער דאַרף מיט עפּעס אָט דעם פאַרקערעווע באַרעכטיקן, און באַרעכטיקן קאָן ער אים נאָר דערמיט, וואָס ער וועט וואָס ווייטער, אַלץ מער אין זיין איצטיקער לאַגע זינקען, זינקען ביז אַריבערן האַלדז און אויערן, אַזוי, אַז ער זאָל אַפילו ניט געדענקען, אַז ער איז ווען אַמאָל גאָר אין אַן אַנדער לאַגע געווען.

און אַזוי האָט ער טאַקע געטאָן. ביז... ער האָט זיך געכאַפּט... און אַזוי ווי ער ווייסט ניט, ווי אַזוי ער איז געקומען צו זיין ירידה, ווי אַזוי ער האָט פּלוצים און אומגעריכט פאַר זיך אַליין אַראָפּגענידערט, אַזוי ווייסט ער אויך ניט, ווי אַזוי ער איז צוריק צו זיין פריערדיקן שטאַנד אַרויף.

ער ווייסט נאָר, אַז מיטאַמאָל, אין איינעם אַ טאָג, האָט ער מיט אַלע זיינע יענע חברים־לייט פאַרענדיקט און איז ווידער אַרויף אויבן. ער איז געקומען צווישן די זעלבע, פון וועלכע ער איז פריער מיט אַ שטיק צייט געהאַט אַוועק, און די גאַנצע צווישן־צייט, וואָס ער האָט פאַרבראַכט, ווי ניט געהער צו זיין, זיינען זיי אים, ווי פון זינען אַרויס, אָפּגעמעקט געוואָרן.

ס׳איז אויף אים ניט צו זען געווען קיין פלעק, קיין מינע און קיין האַוואַיע פון דאָרט, גלייך ער וואָלט דאָרט גאָר קיינמאָל ניט געווען, גלייך קיין היימישער, ↰ 231 קיין אייגענער כמעט, און נישט נאָר קיין פרעמדע האָבן דאָס ניט באַמערקט, גאָר אַפילו ער אַליין — ניט. ער האָט גלייך גענומען רעדן צו די, צו וועלכע ער האָט זיך איצט אומגעקערט, מיטן זעלבן לשון, ווי ער האָט גערעדט פריער, איידער ער האָט זיי פאַרלאָזט. אַזוי, אַז קיינער האָט זיין אָפּוועזנהייט פון דער צווישן־צייט נישט חושד געווען און זיין מינדסטע שייכות־האָבן גאָר צו אַנדערע, צו אַזוינע, וואָס ווען מע ווייסט, וואָלט מען אים זיכער אויף קיין שוועל ניט געלאָזט און קיין מינדסטע מגע־משא מיט אים ניט האָבן.

באַזונדערס האָט מען ניט באַמערקט דערפאַר, ווייל אַז ער האָט זיין קאָמפּאַניע פאַרלאָזט, האָט ער זיך ניט אומגעקערט ממש טאַקע אַהין, פונוואַנען ער איז, אָפּגייענדיק, צו זיין קאָמפּאַניע אָנגעקומען. ניין, ער האָט אין אַ ווילד־פרעמדער שטאָט אויסגעוואַנדערט, זיך אַוועקגעלאָזט, — אין אַן אָרט, וואו מע קען אים ניט לחלוטין, וואו קיין סימן פון זיין יוגנטלעכער און שפּעטערער פאַרגאַנגענהייט איז ניט געווען אויסצוגעפינען; און דאָרט, אַזוי ווי קיינער האָט ניט געוואוסט פון אים, איז ער גלייך אויפגענומען געוואָרן, ווי אַ גלייכער צווישן גלייכע, ווי אַ גוטער לערנער, וואָס האָט זיך נאָך דערצו אויך זייער גוט געהאַלטן, לייטיש זיך געפירט, קיין סימן בייז ניט אַרויסגעוויזן, קיין סימן פון אַנדערש דענקען אָדער אַנדערשדיקער אויפפירונג, אַזוי אַז ס׳איז אויך ניט געווען קיין סיבה פאַר אַן אַנדער באַציאונג צו אים, ווי צו אַלע אַנדערע.

שפּעטער אַ ביסל האָט ער זיך אָבער ווידער אַ גליטש געטאָן. ער האָט באַמערקט, אַז אַ מין צו־להכעיס וואַקסט אין אים, וואָס קומט אים אָפט צום גאָרגל, וואַרגט אים און צווינגט אים, ער זאָל אַרויס פאַר אַלע די, וואָס האַלטן אים פאַר איינעם פון זיי אַלע — אַרויס מיט ווערטער אָדער מיט מעשים קעגן פיל פון דעם, וואָס פון זיי איז אָנגענומען און פון דור־דורות פאַר הייליק געהאַלטן.

מ׳האָט אים, נאַטירלעך, גענומען רודפן. ער האָט זיך דערום אויך אויפן נייעם אָרט ניט געהאַלטן. גענומען וואַנדערן, און אומעטום, איבערן זעלבן טעם, אָפּגעשטויסן זיך געפילט און אַזוי שטאַרק גערודפט, אַז אין אייניקע ערטער איז עס מיט אים דערגאַנגען דערצו, אַז מ׳האָט זיך בנוגע אים געשטעלט, ווי צו איינעם אַ פּאַרשוין, אַ שטיק ווילדפלייש, ווי צו אַ מין פעלשער און באַטריבער פון קהל, וועלכער רייסט מיט זיין אמונה און גייט איבער צו אַן אַנדערער, און ער באַנוגנט זיך ניט דערמיט, נאָר ער פאַרמסרט נאָך די זיין־גלייביקע צו די פרעמדע, ווען קהל איז דעמאָלט אים „מתיר־דם”, מאַכט זיין בלוט הפקר, אַז ווער ס׳וויל, קאָן מיט אים טאָן, וואָס ער וויל, אַפילו ביז הרגענען.

יאָ... ס׳איז שוין ביי אים דערגאַנגען אויך ביז מסירה. ער איז פאַר כעס אויך דערגאַנגען דערצו, אַז ער האָט שוין אַמאָל אויך צו אַ גלח אַריינגעטראָפן ↰ 232 און מיט אים גאָר נאָענטע באַקאַנטשאַפט פאַרפירט. אַזוי, אַז ס׳האָט שוין אַפילו געהאַלטן דערביי, אַז זיין זיידנס מוראס, וואָס איבער זיי האָט ער אים געוואָלט מעביר נחלה זיין, פון ירושה אָפּזאָגן, האָבן שוין שיער ניט געהאַלטן ביי מקוים ווערן.

אין דער לעצטער מינוט אָבער האָט ער זיך געכאַפּט און איז פון דערשרעק אַוועק צום היפּוך: צו גרויסע און צו באַוואוסטע רבייאישע הויפן אין יענער געגנט, וואו ער האָט זיך דעמאָלט געפונען; ער האָט היפּש דאָרט פאַרבראַכט, געטאָן אַלץ, כדי צו קאָנען צושטיין צו יענע, וועלכע וואַרעמען זיך אַרום יענע גלויבנס־פייערן, געוואָלט מיט אַלעמען באַגלייך זיין, ניט איבערצוקלערן און ניט צו באַמערקן דאָס, וואָס קיינע גלויביקע באַמערקן ניט.

ער האָט אָבער ניט געקאָנט. ער איז אויך פון דאָרט — פון אייניקע הויפן נאָר מיט בזיון און פון אַנדערע נאָך מיט ערגער — פאַריאָגט געוואָרן. און אין אַ לעצטן הויף האָט מען אים גאָר פאַר אַ משוגענעם געמאַכט. ווען ער האָט איינמאָל דאָרט אַ ווילדע עוולה איינגעזען, וואָס כדי צו טאָן דעם רבין פון הויף אַ געזעליקייט, האָבן פיל אָנגעזעענע און באַוואוסטע רבנים אַ בפירושן דין געפעלשט, אים פאַרדרייט און אים אויסגעטייטשט, ווי ער האָט זיך בשום־אופן ניט געלאָזט אויסטייטשן, און אַז ער האָט זיך אַריינגעמישט, זיך געשטעלט און מיט טויזנטער ראיות באַוויזן דעם היפּוך און אַרויסגעפירט אויף דער שיין די פעלשונג, האָבן די מקורבים, די אייגענע פון הויף און פון רבין, קיין אַנדער עצה און מיטל ניט געפונען, ווי נאָר אים פאַר משוגע מאַכן. און מע האָט אים טאַקע געמאַכט; ער איז אַ שטיק צייט אַ געבונדענער, טאַקע ווי משוגע, אין אַ פינצטערער קאַמער ערגעץ אָפּגעלעגן.

ער איז אויך פון דאָרט אַוועק. ער איז שוין דעמאָלט עלטער געווען. אָבער קיין שטוב האָט ער זיך ניט געבויט: ניט חתונה געהאַט און קיינע קינדער; יאָ חתונה געהאַט און זיך געגט; פאַרשיידענע פּרנסות געהאַט און זיי אָנגעוואוירן; פאַרשיידענע מלאכות זיך אויסגעלערנט און זיי פאַרלאָזט. און וואונדערלעך, פאַר דער גאַנצער צייט איז אים קיינמאָל אויפן געדאַנק ניט געקומען צו ברעכן זיין נדר בנוגע זיין געלט. נאָך מער: ס׳איז אים בכלל אויפן געדאַנק ניט געקומען, גלייך ער האָט דאָס גאָרניט געהאַט, ניט פאַרמאָגט. ער פלעגט דאָס מיט זיך נאָר פון שטאָט צו שטאָט אומטראָגן, און וואו געקומען, פלעגט ער דאָס אויף אַ זיכער אָרט אַוועקלייגן, באַוואָרענען און שוין — טויט, מער האָט ער דערפון ניט געדענקט ,גלייך ווי פון אַ זאַך, וואָס איז גאָר אויף דער וועלט ניט בנמצא.

ער האָט די גאַנצע צייט אויך אַלעמאָל געפּרואווט זוכן אַן איינעם, וועמען ער זאָל זיך פאַרטרויען, פאַר וועמען ער זאָל זיך קאָנען אויסרעדן, אָבער צו וועמען ער איז ניט צוגעגאַנגען, וועמען ער האָט ניט פאַרן פאַרטרויאונגס־מאַן אויסגעוויילט, איז ער יעדעס מאָל אַוועק פון יענעם אַן אַנטוישטער, אַ האַלב־צעבראָכענער, ↰ 233 ווייל באַלד נאָך דעם, ווי ער האָט נאָר מיט אַ מינדסט וועגן זיין אָפּשטאַם דערמאָנט, אַזוי האָט יענער אויף אים שוין געקוקט ווי אויף אַ קרעציקן, ווי אויף אַזאַ, וואָס איז אַ געפאַר צו שטיין לעבן אים, וואָס מע דאַרף זיך פון אים וואָס ווייטער האַלטן און דאָס לייב און די זעל פון אים אָפּטראָגן.

ער האָט זיך דערום פאַרשלאָסן, אָפּגעזונדערט פון צו טאָן האָבן מיט וועמען־ניט־איז, און דאָס איינציקע, וואָס ס׳האָט נאָך ווען אין דרין פאַר אים אַ שטיק חיות געשמעקט, איז געווען — אַמאָל אין דער שטיל און אַמאָל אין דער הייך זיך אָפּשעלטן.

און דעמאָלט איז אים די דריטע שלאַפקייט אונטערגעקומען. דאָס מיינט ער אים, יענעם, דעם פּאַרשוין זיינעם, אַ מין דיבוק, וואָס ער האָט אים אַמאָל ביי זיין טיש זיצנדיק, בעת אַ סעודה פּראַווען, זיך אַנטקעגן זיצן געטראָפן. אַ פּאַרשוין, אַן אָפּגעריסענער, אַ באָרוועסער. וועלכער האָט אים דערמאָנט אין איינעם פון יענע, מיט וועלכע ער האָט אַמאָל אין זיין הפקר־ און ירידה־צייט צו טאָן געהאַט.

ער האָט זיך אים אומגעריכט באַוויזן, און ער, סרולי, האָט, אים דערזעענדיק, זיך די אויגן געריבן, זען, צי זעט ער אים טאַקע באמת. און אַז ער האָט זיך איבערצייגט, אַז יאָ, האָט ער זיך צוערשט שטאַרק דערשראָקן, ער האָט אויסגעשפּיגן, ווי מע שפּייט אויף אַ שלעכטער אויסווייזעניש, אָדער נאָך אַ וויסטן חלום. אָבער יענעם האָט דער שפּיי נישט אויסגעמאַכט, ער איז רואיק געבליבן, ווי געווען, די ערשטע מינוטן נאָר געקוקט אויף אים און געשוויגן, דערנאָך שוין מיט אים אויך אַ געשפּרעך פאַרפירט און פּאַמעלעך־פּאַמעלעך זיך צו אים אויך אין חברשאַפט איינגעקויפט.

פון דעמאָלט אָן טרעט יענער ניט אָפּ פון אים, האַלט זיך מיט אים אינאיינעם, טיילט מיט אים דאָס גוטע, ווי דאָס שלעכטע, און ער, סרולי, איז שוין אַזוי צוגעוואוינט צו אים, אַז ווען ס׳גייט אַוועק אַ צייט און יענער איז ניטאָ און ווייזט זיך ניט, גייט ער אים שוין אָן, בענקט ער שוין נאָך אים, און פאַרקערט, ער, סרולי, זוכט שוין איצט גאָר יענעמס חברשאַפט.

יענער האָט אים פאַר דער צייט אויף פאַרשיידענע געדאַנקען אַרויפגעפירט, פאַרשיידענע זאַכן אים פירצונעמען פאָרגעלייגט, אַמאָל גלייכע, אַמאָל קרומע, און איינער אַ לעצטער געדאַנק זיינער איז דער, — ער זאָל זיך איצט צו לוזין באַווייזן און זיך אויסרעדן.

פאַרשטענדלעך, ער, סרולי, ווייסט, אַז ס׳איז מער נישט, ווי אַ קרענק, און אַז אויף קיין קרענק נויט מען ניט און מע מאַכט דערפון קיין וועזן, אָבער איזן איז ער יענעם דאַנקבאַר; דאַנקבאַר דערפאַר, וואָס ער האָט אים ניט געלאָזט אַליין, האָט אים אָפט געמעקט, געשטויסן, און דאָס האָט אים געבראַכט דערצו, וואָס ער איז איצט אויך צו אים, צו לוזין, געקומען, ווי געזאָגט, ↰ 234 אויף זיך אויסרעדן, און דאָס, וואָס ליגט אים אויפן האַרצן, אַרויסברענגען, און אים זאָגן פאָלגנדיקס:

— ער נייטיקט זיך אין „חיזוק”, אין עמעצנס אָנהאַלט... ס׳איז אים שווער אומצוגיין מיט אַ פאַרשנורעוועטן בייטל און נשמה. ער האָט שוין די לעצטע צייט פיל געטראַכט וועגן מתיר־נדר זיין זיך, דאָס געלט אַרויסציען; מעגלעך, נאָר צוליב זיך, מעגלעך, אויך צוליב אַנדערע, — ער ווייסט אַליין ניט, צוליב וואָס. ער וואָלט דערום געוואָלט לעבן אַ שטאַרקערן פון זיך שטיין, פון אַ שטאַרקערן זיך לאָזן עצהן און אָנפירן, און אַזאַ־אָ שטאַרקן, מוז ער זיך מודה זיין, האָט ער איצט אין אים, אין לוזין, געפונען. ער וויל זיך איבערגעבן מיט אַלץ, וואָס ער האָט, אויף וואָס יענער וועט נאָר וועלן, אויף וואוהין יענער וועט אים פירן — אויף גלויבן, איז אויף גלויבן, אויף נישט — איז נישט, ס׳געווענדט זיך אין יענעם. ער פילט, אַז אויב נישט, קאָן ער, מעגלעך, ווידער ערגעץ שלעכט פאַרקריכן — מעגלעך אין שיכרות, און ער מוז זיך ווידער מודה זיין, אַז די לעצטע צייט האָט ער זיך שוין טאַקע אַ ביסל דערלויבט און אויך מתיר־נדר געווען צוליב שיכרות-

* *
*

מיר וועלן זיך דאָ ניט פאַרהאַלטן, כדי אויספירלעך צו דערציילן, ווי אַזוי לוזי האָט, נאָך דעם ווי ער האָט דאָס אַלץ אויסגעהערט, אויף סרולין געקוקט, וואָס ער האָט אים געענטפערט: צי פאַרשוויגן, צי געטרייסט, צי אים אַ געוויסע ריכטונג אָנגעוויזן, ווי ס׳פירט זיך אין אַזוינע פאַלן. דאָס אַלץ גייט אונדז איצט ניט אָן, און ניט דאָס איז אונדז געווען דער עיקר אינעם אַלעם אויבן דערציילטן.

ס׳וועט אונדז גענוג זיין נאָר צו דערמאָנען, אַז באַלד נאָך אָט דעם געשפּרעך, ווי די לייענער געדענקען, ווען מע האָט נאָך לוזין פון משה מאַשבערס עס־שטוב אַ מענטשן אַריינגעשיקט, אים רופן צו טיי־טרינקען, האָט ער אומגעריכט פאַר אַלע אין עס־שטופּ דעמאָלט צוזאַמען מיט סרולין זיך באַוויזן, ווי עפּעס צונויפגערעדט, האַלב אייגענע און ווי מענטשן צו איין דעה; אַזוי אַז דער ברודער משה, ווי מע געדענקט, האָט דאָס גלייך באַמערקט און האָט געהאַט דערפון גרויס ערגערניש, און דאָס איז אויך מעגלעך אַ שטיק סיבה געווען צו דעם קריג, וואָס איז דערנאָך אויסגעבראָכן צווישן די ברידער, — איז אָט, דאָס געדענקענדיק, וועט מען זיך שוין קאָנען פאָרשטעלן און אויך אַ געוויסן סימן האָבן, אַז אַלנפאַלס, איז סרולי פון לוזין ניט אָפּגעשטויסן געוואָרן, ווי פון אַנדערע, אַז אַ געוויסע טייל מיטגעפיל האָט ער ביי אים זיכער יאָ געפונען: אָבער צי האָט ער אים אויף לאַנג צו זיך צוגעבונדן, צי נאָר אויף קורץ, צי אויף אַ גרעסערער ווירקונג, צי נאָר אויף אַ דערווייליקער, אויף אַ קליינער — וועלן מיר שפּעטער זען, און פון דער ווייטערער דערציילונג, צו וועלכער מיר קערן זיך גלייך אום, זיך איבערצייגן.

↤ 235

VII
אויף „פּרעטשיסטער יאַריד”

אַן אַנדערשמאָל וואָלט שטאָט פון אָט די נייס פיל גערעדט. א קלייניקייט! דער באַוואוסטער לוזי מאַשבער, דער, וועלכער האָט געקאָנט זיין דער שטאָלץ און דער מוסטער ביי יעדער חסידישער עדה, צו וועלכער ער וואָלט צוגעשטאַנען, אַפילו צו די פאָרנעמסטע און באַוואוסטע, האָט זיך אַזוי אומגעריכט אַ בייג געטאָן און זיך אַראָפּגעלאָזט גאָר צו אַזוינע, וואָס האָבן קיין מינדסטן אָנזען, הן מיט זייער נישטיקער צאָל, הן מיט זייער, מישטיינס־געזאָגט פאַרנעם, — צו יענע, וואָס קיינער דערמאָנט זיי אַפילו ניט, און ווען יאָ, איז מיט ביטול און פאַראַכטונג, ווי פאַרשטענדלעך צו אַזוינע, וואָס קהל האָט זיך פון זיי אַזוי דערווייטערט, אַז חסידישן עולם איז כמעט פאַרווערט מיט זיי זיך משדך צו זיין.

אַ קלייניקייט — לוזי ביי די בראַסלעווער, וואָס דאָס האָט אים שוין, צום אַלעמערשטן, געבראַכט מיט זיין ברודער משהן איבערצורייסן. אַזוי איבעררייסן, אַז די שטאָט האָט כמעט קיינמאָל אַזאַ פאַל ניט געהערט, אַז אַזוינע ברידער זאָלן זיך אויף אַזאַ ניט־ברידערשן אופן צעגיין; אויף אַזאַ אופן, אַז איינער, דער יינגערער, משה, זאָל דעם עלטערן אַזוי פּוגע בכבוד זיין, און דער עלטערער, לוזי, זאָל, פון זיין זייט, דעם יינגערן אַזאַ ביטערן כזית אָנטאָן פאַר שטוב־אייגענע, פאַר פרעמדע און פאַר גאַנץ שטאָט, וואָס האָט זיך דערנאָך דערוואוסט, זיך געמוזט דערוויסן, און זאָל אים זיין שטוב פאַרלאָזן פּלוצים, אינמיטן ביינאַכט, ווי איינער, וואָס פאַרלאָזט אַ חורבה, וועלכע האַלט אָט באַלד ביים איינפאַלן.

ס׳איז דאָך גוט געהערט געוואָרן! דערצו נאָך, ווי מע האָט איבערגעגעבן, בשותפות און צוזאַמען מיט יענעם פּאַרשוין, מיט סרולין, וואָס קיינער האָט קיינמאָל קיינעם ניט געזען מיט אים ווען־ס׳אוז־ניט־איז צוזאַמען גיין, אָדער וואָסער־גוט־איז עסקים האָבן, קיין חברשאַפט ניט שליסן און פריינטשאַפטלעך מיט אים אויף קיין איין סטעזשקע ניט שטיין, און דאָ — נאַ דיר גאָר פּלוצים אַזאַ זאַך: קיינער ניט און לוזי יאָ! און נאָך אַזוי נאָענט, אַזוי צוזאַמענגעזונגען, אַז לוזי האָט זיך פאַר זיין כבוד איינגעשטעלט, און דאָס באַליידיקן אים מצד זיין ברודער משה האָט אים פאַר אַן אויסרייד און סיבה געדינט מיטן ברודער זיך צעגיין און מיט סרולין זיך צונויפגיין.

באַזונדערס וואָלט זיך אַן אַנדערשמאָל שטאָט צערעדט, און איר פאַנטאַזיע וואָלט זיך צעשפּילט, געוואויר ווערנדיק נאָך אַזאַ מעשה, ווי די מעשה מיט סרוליס געלט, וואָס האָט זוך ביי אים באַוויזן.

↤ 236

אמת, אויך איצט האָבן די, וועלכע האָבן זיך דערפון דערוואוסט, צוערשט זיך ניט געגלייבט. אָבער אַז שלום־אהרן האָט, שטייענדיק אין טלית־און־תפילין אין שול, פאַר אַן עדה יידן, פאַר מענטשן, וואָס קענען אים פון לאַנג פאַר דעם, וואָס ער איז, אַלנפאַלס, פאַר ניט קיין אויסטראַכטער, קיין ליגנער, — אַז שלום־אהרן האָט פאַר אַן עדה יידן אין טלית־און־תפילין שטייענדיק, זיך געשוואוירן: „ער זאָל אַזוי זען אַלדאָס גוטס, ער זאָל אַזוי דערלעבן משיחן, ווי ער האָט אַליין געזען ביי יענעם אַ פּאַק פּאָזיט, אַזאַ, וואָס מע זעט ביי גרויסע גבירים זעלטן, אַזאַ, פאַר וועלכן מע וואָלט לויט אים, שלום־אהרנען, אַ האַלבע שטאָט אָרעמע מיידלעך געקאָנט חתונה מאַכן”; און בפרט נאָך, ווען שלום־אהרן האָט דערצו מיט אַלע פּרטים דערציילט, וויאַזוי סרולי איז צו אים אין שענק אַריינגעקומען, וויפיל ער האָט אויסגעטרונקען, און אַז ער האָט די גאַנצע צייט גערעדט צו זיך אַליין און אַז ער האָט אַפילו ביי זיין משרת נפתלי חשד אַרויסגערופן — האָט שוין קיינער ניט געצווייפלט. מע איז די ערשטע מינוטן ווי אָן לשון געבליבן, דאָס אויסהערנדיק, דערנאָך האָבן זיך השערות גענומען שיטן, איינע אומגעלומפּערטער פון דער אַנדערער, איינע פאַנטאַסטישער פון דער אַנדערער, שטערנס האָבן זיך געקנייטשט, קעפּ זיך געבראָכן, זוכנדיק באַשייד פאַר דעם, וואָס קיינער, דער גרעסטער פאַנטאַזיאָר אַפילו, וואָלט זיך קיינמאָל אַזוינס ניט פאָרגעשטעלט, ניט אויסגעפאַנטאַזירט.

— נאַ דיר גאָר אַזאַ זאַך! אַזאַ פּאַרשוין, ווי סרולי, מיט געלט! און מיט נאָך אַזויפיל געלט! פונוואַנען? פון וואָס? וואו האָט זיך עס צו אים גענומען און פאַרוואָס האָט קיינער קיינמאָל ביז אַהער אַפילו קיין מינדסטע אַנונג ניט געהאַט וועגן דעם?...

אַנדערע האָבן זיך אויך געמיט אַרויסצוגעפינען אַ געוויסן צוזאַמענהאַנג צווישן די צוויי מעשיות — מעשה לוזי און מעשה סרולי. בפרט, אַז אין איין און דער זעלבער צייט זיינען זיי דאָך פאָרגעקומען, זיך געטראָפן, און אין יענעם טאָג טאַקע זיינען זיי זיך צונויפגעגאַנגען — האָט דאָס דאָך אוודאי גערייצט און אין קאָפּ זיך געביסן.

אַן אַנדערשמאָל, זאָגן מיר, וואָלט אָט די נייס שטאָט איבערראַשט. די שטאָט וואָלט פון דעם פיל גערעדט, דאָס לאַנג אין מויל געקייט, פאַרשיידן דאָס דערציילט און איבערדערציילט, יעדערער וואָלט עפּעס צוגעלייגט, צוגעגעבן, דער חידוש וואָלט זיך צעוואַקסן, פריער איבער שטאָט אַליין און פון הויז צו הויז זיך צעגאַנגען, דערנאָך אַרויס אויך אויסער דער שטאָט, אויף דער גאַנצער געגנט אַרום, ביז אַ האַלב וועלט וואָלט מיט דעם צו טאָן געהאַט און געקלונגען.

יאָ. אַן אַנדערשמאָל.

דאָס מאָל אָבער איז די ביים אינמיטן איבערגעריסן געוואָרן און האָט קיין פאַרשפּרייטונג ניט געקומען, מחמת ס׳האָבן זיך דערנעענטערט די טעג פון ↰ 237 גרויסן יאָר־יאַריד „פּרעטשיסטע” — יענער יאַריד, וואָס גאַנץ שטאָט ריכט זיך אַ גאַנץ יאָר אויף אים, און אין די טעג, וואָס פאַר אים ווערן אַפילו די גרעסטע שולן און קלויזן, וואָס זיינען שטענדיק געפּאַקט פון דאַוונער, שיטער און פּוסטלעך; אַלע איילן דעמאָלט, מערסטנטייל דאַוונט מען שוין אַפילו דעמאָלט אין דער היים, אַזוי אַז די נעסט פון נייס, די הויפּט־פאַרשפּרייטער זייערע, די שולן און קלויזן, האָבן אייליק און נאָר מיט שפּיצן אויער די נייס אויפגעכאַפּט, האָבן קוים באַוויזן זי אויפן צונג צו נעמען, אָבער קיין מעגלעכקייט ניט געהאַט זי איבערצובאַוואונדערן, פון זייער זייט צו איר צוגעבן, צולייגן און אין ווייטערן גאַנג זי לאָזן.

קיין צייט, ווייל — „פּרעטשיסטע”.

* *
*

זאָל אונז דאָ דערלויבט ווערן זיך לענגער אָפּשטעלן און זאָגן אויספירלעך וועגן „פּרעטשיסטע”, ווייל די גרייס און ראָל פון דעם יאַריד האָט ניט נאָר פאַר די N־ער שטאָטלייט, נאָר, ווי מע וועט זען, אויך פאַר אונדז אַ פיל גרעסערן אינטערעס און באַטייט, ווי געוויינלעך אַנדערע יאַרידן.

פאַר אַלעמען האָט די שטאָט דעמאָלט אויסגעזען, ווי אַ באַלאַגערונגס־לאַגער. טויזנטער און איבערטויזנטער פּויערים, שליאַכטע, הענדלער, פּריצים, ליוועראַנטן, ציגיינער, בעטלער און גנבים האָבן זיך אַהין, אין N פון נאָענטע, פון ווייטע און גאָר ווייטע קרייזן און געגנטן געצויגן — אויף פורן, אויף פערד־און־וועגעלעך, אויף קאָטשן, קאַרעטעס, רייטנדיק און אויך צופוס גייענדיק.

די שטאָט איז געווען צו ענג אויף זיי אַלעמען אַריינצונעמען. פיל זיינען דערום געבליבן לאַגערן אַרום דער שטאָט. דער גרויסער רוב אָבער, וועמען ס׳האָט געגליקט און זיך יאָ איינגעגעבן אַריין אין שטאָט, האָט פאַרנומען: — וואו אַ פּלאַץ, איז אַ פּלאַץ, וואו ניט קיין פּלאַץ, איז ניט, און וואו ס׳ניט־איז אויף אַ גאַס, אַ געסל, אַ סיטקע, אַ ליקל, אַבי נאָר אָרט, וואו פורן האָבן זיך געקאָנט ענג איינס לעבן ענדערן אויסשטעלן, און מענטשן זאָל שוין ניט האָבן אַפילו וואו זיך דורכצורוקן.

אַ טאָג פריער פאַרן יאַריד, האָבן זיך אַריינגעצויגן אין N פון אַלע שליאַכן, וועגן און ראָגאַטקעס פּויערשע פורן מיט אָפּגעשניטענעם פון פעלד, מיט אָפּגעריסענעם פון סאָד און גאָרטן און אויך מיט אויסגעהאָדעוועטע שטוב־ און פעלד־בעלי־חי — ווער מיט אַ קו צום וואָגן צוגעבונדן, ווער מיט אַ קעלבל — אונטערן וואָגן, ווער מיט אַ לאָשעקל, לעבן די פערד לויפנדיק, און ווער ס׳האָט געהאַט אַ חזירל אָדער עטלעכע אויפן וואָגן אין אַ זאַק ליגן און קוויטשען.

טויזנטער קולות האָבן זיך געהערט, ווען דאָס אַלץ איז, פון אַלע זייטן אָנקומענדיק, אין שטאָט זיך צוזאַמענגעפאָרן: אַ מעקען פון קי, וועלכע זיינען ↰ 238 פון זייערע היימישע שטאַלן און טשערעדעס אַרויסגעריסן געוואָרן, אַ הירזשען פון יונג־פערד און לאָשעקלעך, נישט געוואוינטע צו רעש און ענגשאַפט פון שטאָט, אַ קוויטשעריי פון חזירים, וועלכע האָבן זיך פאַרשיידן אויף די געמבעס געריסן, ווי פאַרן קוילען, פאַרן שעכטן.

דער טומל אויסערגעוויינלעך — פון אַלעם דעם, וואָס איז אין שטאָט פון אויסן געבראַכט געוואָרן אויף דאָ אָפּצוזעצן און פאַרקויפן, און פאַרן געלט, וואָס איז אָפּגעלייזט געוואָרן, טאַקע באַלד דאָ אויפן אָרט אויסגעגעבן צו ווערן, כדי שטאָטישע זאַכן איינצוהאַנדלען, ווי ביליקן צעלניק, רימעריי־ און געשפּאַן־זאַכן, קליידער, שיך, טוך, טיכלעך, שאַלן פאַר מענער, קינדער, דערהויפּט אָבער פאַר פּויערשע פרויען און טעכטער, פאַר וועלכע די שטאָט האָט זיך געפלייסט און זייער געשמאַק, זייער באַליבטע שטאָף־מוסטערן און פאַרבן געקאָנט, געוואוסט און אויסגעלערנט.

דאָס געזעמל, ווי פון אַ געוויסער, באַזונדערס אויף די „טאָרהאָוויצעס”, אויף די יאַריד־פּלעצער, וואו פערד און קי זיינען פאַרקויפט און איינגעהאַנדלט געוואָרן; דאָרט, וואוהין ליוועראַנטן האָבן גאַנצע פּאַרטיעס פערד געבראַכט: בעסערע — פאַר פּריצים, געמיינערע — פאַר שליאַכטע — און דאָרט זיי אויסגעפּרואווט, די קונים זייער גאַנג און לויף־פייאיקייט צו באַווייזן; דאָרט, וואו גאַנצע טעג האָבן בייטשן גענאַקט, פערד זיינען, צו שטריק געבונדן, אין אַ קרייז אָדער ניט אין קיין קרייז אומגעלאָפן, און עולם, גרויסער עולם, סיי קויפער סיי גלאַט נייגעריקע, האָבן באַשעפטיקט אָדער ליידיקגייעריש יענע קרייזן אַרומגעשטעלט.

דאָרט אויך ציגיינער מיט פּויערשע פערד האָבן מיט קנאַקנדיקן לשון און מיט שווינדל־קאָמפּאַניעס די פּויערים געוואָלט נאַרן, און יענע האָבן זיך ניט געלאָזט, ניט גלייבנדיק און גוט קענענדיק די ציגיינער. זיי, די פּויערים, האָבן שעהן־לאַנג זיך געדונגען, לאַנג זיך רעדלעכווייז געישובט, פיל מאָל דעם האַנדל באַקוקט און אים אויסגעפּרואווט, און לסוף דאָך געהאַנדלט און זיך אויך — אַמאָל מער, אַמאָל ווייניקער, — טאַקע אַריינגענאַרט.

אויף די תבואה־מאַרקן האָבן מערסטן יידן געהאַנדלט, געשוויצט און געשווינדלט. יעדער האָט זיינע פון לאַנג באַקאַנטע פּויערים אָפּגעזוכט און מיט זיי געוויינלעך געשעפט געשלאָסן — ווייניקער לוינבאַר, נאַטירלעך, פאַרן פאַרקויפער, מער פאַרן איינקויפער, אָבער דאָך אין דער מאָס און אין דער גרענעץ פון לוינבאַרקייט, ווייל פאָרט האָט מען דאָ צו טאָן מיט באַקאַנטע, מיט לאַנגיאָריקע קונים. פאַרשטענדלעך אָבער, אַז מיט ניט־באַקאַנטע, מיט צופעליקע קונים, איז מען זיך שוין אַ ביסל ערגער באַגאַנגען און פיל מער געשווינדלט.

דאָרט האָט מען געקאָנט זען, ווי לעבן תבואה־וואָגנס, פון היפּשע קרייזן פּויערים אַרומגערינגלט, וועגט מען תבואה, אין גרויסע זעק און לאַנטעכער, ↰ 239 געבראַכט פון פּויערשער היים אָדער פון ווייטע פּריצישע עקאָנאָמיעס. די פּריצישע עקאָנאָמען אָדער די פּויערים — די אייגנטימער פון דער תבואה, זיינען מיט קלאָרן חשבון געקומען, מיט געוויסער צאָל און מאָס: אַזויפיל און אַזויפיל מעסטלעך, קאָרעץ... און ווי אַזוי אונטער די הענט, אָט דאָ טאַקע, אויף דער וואָג ליגנדיק, און ביי זיי אויף די אויגן, ווערט ביי זיי זייער אייגנטום אָדער דאָס אייגנטום פון זייערע באַלעבאַטים, די פּריצים, איינגעשרומפּן, און דאָס קומט פאָר אַדאַנק דעם, ווייל דער קויפער פון דער תבואה פעלשט, שטעלט אונטער אַ פוס אונטער דער וואָג, שטעלט זיין לעבן איין אין קאָן, ווייל אויב מע וואָלט דערזען, איז ער מיט לייב־און־לעבן ניט זיכער און מיט קיין גאַנצן אבר וואָלט ער שוין ניט אַרויס פון קרייז. ביידע שוויצן, סיי דער קויפער, ווייל אַנגסט און טויט־שרעק האָבן זיך אים אין שווייס פאַרוואַנדלט, סיי אויך די פאַרקויפער, ווייל זיי שטייען געפּלעפט, חידושן זיך, וואונדערן זיך, קאָנען בשום־אופן ניט גלייבן, אַז זיי האָבן, אין דער היים וועגנדיק, אַזאַ גראָבן טעות געהאַט, צוזעענדיק, ווי אַ שטיק חשבון און פאַרמעגן גליטשט זיך זיי פון די הענט אַרויס, און זיי קאָנען זיך גאָרניט העלפן, ווייל וואָס קאָן מען מאַכן, אַז וואָג איז דאָך פאָרט וואָג?...

אַזוי די קליינע הענדלער, מערסטנטייל אָרעמע איבערקויפער, אַזוי אָבער אויך דער גרויסער רוב ציגיינער, ליוועראַנטן, ביז פּריצים אַפילו, וואָס זיי אַליין שטייען ווי פונווייטן, מישן זיך, כלומרשט, ווייניק אינעם פאַרהאַנדלען דאָס, וואָס זיי האָבן אַהער אויפן יאַריד געבראַכט פון פערד, פלאַקס, תבואה־מוסטערן אין טיכלעך איינגעבונדן, כדי גרויסע פּאַרטיעס אויף דער בירזשע צו פאַרקויפן. אָבער דערפאַר טוען די פאַרטרעטער זייערע — זייערע אָנגעשטעלטע, פאַרוואַלטערס און עקאָנאָמען — דאָס ,וואָס לאָזט זיך טאָן אין אַזוינע פאַלן, אין אַזוינע גרויסע יאַרידים, בעתן היציקן האַנדל, ווען דער טומל איז גרויס און די לופט פול מיט שווינדל.

אויך גנבים, פּשוטע קעשענע־לייט, שטייען דעמאָלט ניט אָפּ, טוען זייער זאַך, ווי די „מלאכה” און די הייסע צייט פאָדערט. צו די היימישע, שטאָטישע גנבים קומען דעמאָלט אָן פון אַלע עקן, פון ווייטע קרייזן אַהער זיך צוגעשטעלט, אויך פרעמדע — פלינקע הענט, גאָלדענע פינגער, זשוואַווע שלעפּער, דרייען זיך צווישן פערד־און־וואָגן, דאָרט, וואו ענג, וואו אַ געזעמל, רייבן זיך אין געדיכטעניש, רייבן זיך ניט אומזיסט, נוצן אויס די קענטעניש, כדי זיך צו דער צייט וואָס גיכער אָפּטראָגן און זיך אַרויסרוקן, און אויך, ווען זיי האָבן די צייט, די רעכטע צייט פאַרשפּעטיקט און זיי ווערן געפּאַקט — נוצן זיי אויס די קענטעניש אַזוי, אַז זיי זאָלן געשלאָגן ווערן נישט אין די ערטער, וואו די שלעגער ווילן, נאָר אין יענע, וואו זיי לוינט, וואו ס׳וועט זיי אַמווינציקסטן שאַטן, זיי זאָלן אַרויס אָן אַ מום און זיי זאָלן די „אַרבעט”־פייאיקייטן אויף אַ לאַנגער צייט ניט פאַרלירן.

↤ 240

אָט אַזוי, ווער ס׳נאַרט גרויס, ווער קליין, ווער, ס׳גנבעט מער, ווער — ווייניקער.

אָבער ס׳מאַכט ניט: גנבה איז גנבה, און יאַריד בלייבט יאַריד, און פון מאָל צו מאָל פאַרגעסט מען, ווייל דאָס לעבן און די נויט אין שטאָט־ און דאָרף־פאַרקער ווערט פון דער גענאַרעריי ניט מינדער — אין געוויינלעכע יאַריד־טעג, בפרט „פּרעטשיסטע”.

סוף־כל־סוף איז דאָך „פּרעטשיסטע”, אויסער אַ יאַריד — אויך אַ שטיק יום־טוב פאַר אַלעמען — פאַר פּויערים, וואָס נאָכן האַנדל פאַרברענגט מען אין די שענקען. אַנדערע, וועלכע די שענקען קאָנען שוין ניט אַרייננעמען, טרינקען אַליין, אָדער צוזאַמען מיט באַקאַנטע פון אייגענע און נאָענטע דערפער אין דרויסן, אונטערן הימל ,אויף די גאַסן, אויף די הויפן, אויף די פּלעצער — אויף די וואָגנס, אָדער אויף דער ערד אויסגעזעצטע, אויסגעלייגטע אויך אונטער די וואָגנס.

יום־טוב פאַר פּויערשע פרויען, וואָס תמיד אויפן יאַריד טוען זיך מיט עפּעס באַנייען: מיט אַ פאַרביק טיכל, פאַרטעך, קליידל, שטיוול אַ. אַז. וו.; פאַר קינדער, וואָס ווערן אַמאָל מיטגענומען — אַ היטל, די גרייס וועדליק פאַרן טאַטן, אויפן קליינעם קעפּל, אָנצוטאָן, מיט אַ גרויסן דענעק און לאַקירענעם דאַשעק, וואָס מע זעט דערפון די וועלט ניט אַרויס, און דאָך איז דאָס אָנגעטאָן, און טאַטע־מאַמע שפּיגלען זיך און זיינען צופרידן...

נישט געקוקט אויף דער גענאַרעריי, פאַרגינט זיך דאָך דער גרויסער פּויערשער עולם אויפן יאַריד דעמאָלט אַ ביסל פון דאָרפישן שטאַרק שפּאָרזאַמען גדר אַרויסצוגיין, און אויסער די געבראַכטע מאכלים פון דער היים — ברויט, חזיר — ווערט דעמאָלט אויך אַ מין שטאָט־מאכל מיט גרויס גיריקייט געפּרואווט, ווי אַ האַלב־ווייסע בולקע; אַמאָל, פאַר ווייבער און קינדער — אַ קרענצל האַרטע בייגל, האַרט ווי שטיין פון א גאַנץ יאָר זון אום זומער, און ווינטער אויפן פראָסט אויסגעטריקנט, וועלכע זיינען ביי די ברויט־שטעלן געהאַנגען, ביז זיי האָבן זיך אויפן יאַריד אויסגעוואַרט. ס׳ווערט אַפילו אַמאָל אַ צוקערקע איינגעקויפט, הערינג, קוואַס און אַנדערע שטאָט־זאַכן; אויך פרוכטן, וועלכע ווערן אין דאָרף ניט געזען, ווי קאַווענעס, וואָס גרויס און קליין, — פּויערים, פּויערשע פרויען און קינדער, — זופּן פון זיי די זיסע יושקע מיט פאַרגעניגן און האָבן פון זיי דערנאָך די פּנימער, די נעז ביז די אויגן נאַס און קלעפּיק.

אַזוי דער פּשוטער עולם. די מער פאַרמעגלעכע פאַרברענגען ביי בעסער פאַרגרייטע מאכלים פון פישן, פליישן און אַלערליי געזאַלצנס אויף שענקערשע טישן, מיט משקה און מיט הויכן געזאַנג דערצו.

די שענקען דעמאָלט איבערפולט. טיש און בענק באַזעצט מיט פאַרמעגלעכע פּויערים, מיט פּויערשע ווייבער, וואָס די פּנימער זיינען שוין ביי זיי רויט ↰ 241 פון געטראַנק. ביי די פּויערים — די מאַרינאַרקעס שוין צעשפּיליעט ,און ביי די פּויערטעס — די קאָפּטיכלעך צעבונדן, און מע רעדט, מע שרייט אַלע אינאיינעם, און מע הערט שוין ניט איינער דעם צווייטן, און אינמיטן גערייד און געזאַנג קושט מען זיך, און די קולות און די געדעמפטע לופט פון שענק לאָזט זיך שוין אויף היפּש ווייטער פון שענק אַרויספילן...

דאָרט, אין די ביליקע שענקען — פּויערים. אויף אַ שטאַפּל העכער, ווי אין שלום־אהרנס וויינשענק — שליאַכטעס, שוין בעלנים אויף וויין, אויף פיינערע משקאות, אויך אויף איידעלע מאכלים, אויף בעסערער געזעלשאַפט און מער לייטישער באַדינונג.

דאַן, אין די פּריצישע אכסניות, אין די בעסערע איינפאָר־הייזער, וואו ס׳שטייען איין נאָר גוטבאַזיצער, ביז די הי־קאַנטישע גראַפן און פירשטן אַפילו, אין יענע איינפאָרן ווערן דעמאָלט געבראַכט מיטיקן, אין די בעסט־מעגלעכע קיכן באַשטעלט, און פונעם באַוואוסטן „גן־עדן”־קלייטעלע, ווי מע פלעגט דאָס קלייטעלע רופן אין N ווערט צוגעשטעלט אַזוינס, וואָס די שטאָט, די רייכסטע אַפילו, פאַרגינען זיך דאָס קיינמאָל, ווייל יענע זאַכן זיינען פאַרגרייט און באַשטימט נאָר פאַר פּריצים, וועלכע מע האָט אַ גאַנץ יאָר אין זינען.

דאָרט, אין יענע אכסניות, זיינען אָפט נאָכן געשעפט־טאָג אויך פאַרשיידענע הוליאַנקעס איינגעאָרדנט געוואָרן, וואָס פון יאָר צו יאָר האָבן זיי פּריצים פאַרגעדענקט, און אויפן צווייטן יאָר „פּרעטשיסטע” האָבן זיך פּריצים ווידער אַהין פאַרזאַמלט און ווידער די זעלבע און ענלעכע איינגעאָרדנט.

טישן האָבן זיך געבראָכן. די אייגנטימער פון „גן־עדן” האָבן זיך געמיט און פון בעסטע היגע און אויסלענדישע מאַרקעס וויינען פאַר יענע טעג, פאַר די שטענדיקע באַשטעלער אויסבאַהאַלטן: בעסטע פרוכטן, אַזש פון די ווייטסטע ערטער פון היגן לאַנד, דאַן — פון פרעמד, אַזש פון טערקיי א. אַ., פרישע און געטריקנטע; בעסטע פישן און געזאַלצנס, — און די ווענט פון יענע אכסניות האָבן אין די אָוונטן אויף יענע הוליאַנקעס געזען אַזוינס, אַזאַ פאַרשווענדערישקייט און פּריציש־פירשטלעכע פאַרגינעריי, וואָס אַ גאַנץ יאָר, ביי אַנדערע איינשטייער, אוודאי און געוויס קיינמאָל.

דאָס איז עלטערע פּריצים. אָפּגערעדט שוין פון יינגערע, ווען זיי פלעגן זיך אַמאָל אַן ענגערע קאָמפּאַניע פאַרזאַמלען, אָן פרעמדע אויגן און אָן דער אָנוועזנהייט פון אַזוינע, וואָס קאָנען זיי פאַר זייערע עלטערן אָדער פאַר זייערע אָפּעקונעס צוקלאָגן. דאָרט אין אַזאַ־אָ קאָמפּאַניע איז שוין אָפט אָפּגעטאָן געוואָרן אַזוינס און געהוליעט געוואָרן אויף אַזאַ אופן, ווי נאָר אין די אויסלאַנדס האָבן זיי זיך אויפגעפירט, — אין יענע שטעט און ערטער, וואו יונגע פּריצים, גראַפישע זינדלעך פלעגן געשיקט ווערן, כלומרשט, זיך לערנען, און אין דער אמתן, כדי זייערע משוגענע יונגע טעג און די גרויסע, בירושה זיי אויסגעפאַלענע, קאַפּיטאַלן אויסברענגען.

↤ 242

אָט פונזייערטוועגן האָבן זיך אין דער צייט פון יאַריד אַ גרויסער שטאַט, — פאַר אַלעמען, אייגענע מענטשן, געמיט, מענטשן, וועלכע זיינען פון זייערע היימען, פון זייערע עלטערן זיי נאָכגעשיקט געוואָרן, זיי אין וועג צו באַדינען; און אויך געוויסע שטאָט־לייט, מיני פינצטערע, ביי די ווענט זיך רירנדיקע פּאַרשוינען, ווי געלט־ און עבירה־מעקלער, וואָס דורך זיי איז אַלץ צו זייערע יאַרידישע פאַרגעניגנס צוגעשטעלט געוואָרן, אַלץ, וואָס האָט זיך זיי פאַרגלוסט, אַלץ, וואָס אין זייער צעהיצטער פאַנטאַזיע איז אויפגעקומען. אָנהייבנדיק פון אויסגעלאַסענער שיכרות און ענדיקנדיק מיט יענע סאָרטן פרויען, היגע, און אויך אַנדערע, ספּעציעל אויפן יאַריד פון ערגעץ אַנדערש אַראָפּגעבראַכט אַהער, אין די פּאָר שאַנדהייזער, וואָס האָבן זיך אין שטאָט געפונען, און וואָס ספּעציעל צוליב זיי, צוליב די פּריצימס זינדלעך, זיינען יענע פרויען ,גאַנצע טשערעדעסווייז פון די אייגנטימער פון די הייזלעך אין באָד אַריין געטריבן געוואָרן, זיי זאָלן אויסזען פריש, נאָר־וואָס פון געוועש, און אויך אויפן בעסטן אופן געקליידט און אויסגעפּוצט, ווי ס׳פּאַסט פאַר אַזוינע אויסטערלישע געסט און פאַלן...

אַזוי — פּריצים.

שטאָט־לייט אָבער, ווי סוחרים, הענדלער, היגע, אויך לאַנד־סוחרים, לאַנד־מעקלער, אָנגעפאָרענע אויף קויפן, פאַרקויפן, מעקלערן און נאַרייען, — אָט די אַלע זיינען יענע טעג שטאַרק באַשעפטיקט געווען פון פיל האַווען און אומשמייען, יעדערער לויט זיין גראַד, ד. ה. לויט דעם פאַרמעג, וואָס ער האָט געהאַט אין סחורה, האַנדל אַריינצולייגן, אָדער פון האַנדל, סחורה אַרויסצונעמען.

יענע טעג האָט מען איילנדיק געגעסן און אויף גיך געדאַוונט, ווייניק אָדער כמעט גאָרנישט ניט געלערנט. ביז די רבנים אַפילו, וואָס אויך זיי האָבן דעמאָלט פיל צו טאָן געהאַט — פיל סוחרישע שותפותן און סכסוכים אויסצוגלייכן; ביז דעם גרעסטן, אָנגעזעענסטן רב, דעם באַוואוסטן ר׳ דודין, וואָס אויך ער האָט דעמאָלט קיין צייט געהאַט, ווייל צו אים, באַזונדערס דאָך צו אים, האָבן זיך פיל סוחרים געצויגן און מיט שטאַרק פאַרדרייטע, פאַרפּלאָנטערטע לאַנגאָניקע לאָדענישן זיך געווענדט און דערום אויך ביי אים, ווי ביי אַלע רבנים, דעמאָלט יאַריד, אויף וועלכן זיי האָבן אַ גאַנץ יאָר אַרויסגעקוקט. און אין זייער רבנים־בודזשעט האָבן זיך יענע טעג געלאָזט פילן צום גוטן מיט די דין־תורה־געלט און רבנישן קורטאַזש, וואָס זיי פלעגן יענע טעג אַריינקריגן.

מיט איין וואָרט, אַלע, אַלע דעמאָלט פאַרנומען, פאַרהאַוועט, פאַרשוויצט — ערשטנס, פונעם יאַריד אַליין, דערצו נאָך פון דער הייסער, תמיד גליענדיקער זון פון אלול, פון יענעם הייסן חודש, ווען דער יאַריד פלעגט פאָרקומען.

↤ 243

די לופט פול מיט ריחות פון סוויטעס און שאָפן־פּעלץ, מיט מענטשלעכן און פערדישן שווייס, מיט ריחות פון שוין איבערגעטריקנטע היי, שטרוי, תבואות, פלאַקס, האָניק און פרוכטן; מיט קולות פון אַלע די, וואָס האָבן אויף זייערע היגע און געבראַכטע סחורות אויסגערופן, וועלכע האָבן זיך געהערט אויף די מאַרקן, אויף די האַנדל־ און יאַריד־פּלעצער, ביי די ביידלעך, ביי די שטעלן און שטעלעכלעך, אויף אַלע גאַסן: קולות אויך פון די, וואָס האָבן געהאַט זייערע סחורות אויף דער ערד ליגן, ווי טעפּערס, באָנדער, סטעלמאַכס און רימער; קולות פון בייטשן־געקנאַק און אויסגעשרייען ביים פערד־יאָגן און אויספּרואוון; געשרייען, געוויינען, ווען עמעצער איז באַגנבעט געוואָרן, ווען מע האָט יאָ געפּאַקט און פאַרהאַלטן דעם גנב, אָדער אויך ווען ניט — געשרייען און קולות; קולות פון שיכורים פון שענקען אַרויס; קולות פון קריגערייען, געשלעגן און שווינדלערישער שפע אויפן יאַריד.

דאָס אַלץ צוזאַמענגעמישט האָט געהודעט, אין לופט זיך געהערט, ווי אַ טומל פון אַ מאַסע הרעבליעס, וועלכע האָבן זיך אָפּגעריסן און אין אַ פאַרפלייצנדיקן שטראָם אַוועק. קולות־געמיש פון פי, עופות און מענטשן; אַ געמיש פון קריגעריי, גערייד און געשלעג, ביז דעם געזאַנג פון די פאָלקסזינגער, באַנדוריסטן, וואָס אויך זיי פלעגן זיך אויפן יאַריד צושטעלן, און וואָס אויף יעדער גאַס, וואו גרויסע מאָסן גייען פאַרביי, האָט מען זיי געקאָנט זען זיצן אויף די ראָגן, איינציקע אָדער מערסטנטייל גאַנצע גרופּעס, וועלכע איינער אָדער אַ פּאָר זעענדיקע פלעגן זיי באַדינען, זיי פירן, ברענגען און אַוועקפירן.

זיי, די זינגער, פלעגן זיצן אויף דער ערד אויסגעזעצט, די פיס אונטער זיך, די לירע־באַנדורע מיט די לינקע הענט צום לייב געטוליעט, און מיט די רעכטע די שפּיל־קאָרבעס געדרייט. דערביי מיט שטאַרק צעעפנטע און צעקרימטע מיילער געזונגען, מיט די בלינדע אָדער גאָר אויסגערונענע שוואַרצאַפּלען אויף אַרום, ווי צו דער זון, פאַרריסן. זיי האָבן געשפּילט און מיט זייערע אַלט־קאָזאַקישע, טשומאַקישע, טרויעריקע פאָלקס־לידער רחמנות געוועקט ביי דעם אַרום־שטייענדיקן עולם, באַזונדערס ביי פרויען טרערן אַרויסרופן, און דערפאַר זיינען זיי באַלוינט געוואָרן אַמאָל מיט אַ דאַרן בייגל צוגעוואָרפן, מיט וואָס־ניט־איז פון עסנוואַרג, און אויך ווען־ניט־ווען מיט אַ קליינער מטבע אין אַ בלינדן בעטלער־היטל שטיל אַריינגעלייגט.

יאָ, אויך זיי, די באַנדוריסטן אויפן יאַריד, און אויך ביי זיי, ביי די פאָלקסזינגער, דעמאָלט פאַרדינסט־צייט, און פיל צוהערער און אויערן אויף זיי צו הערן.

* *
*

↤ 244

אַזוי אַלע „פּרעטשיסטע”.

דאָס יאָר אָבער, וועגן וועלכן מיר רעדן דאָ, האָט זיך דער יאַריד געשטעלט אין טרויער.

שוין פון מיטן זומער האָט די שטאָט געהערט טרויעריקע קלאַנגען זיך דערטראָגן פון דאָרף, פון אַלע דערפער פון דער געגנט אַרום, אַז אַזוי ווי פון פרילינג אָן איז קיין רעגן, דערוואַרט מען, וואָס מע דערוואַרט פון אַזאַ זאַך — אַ צרה, אַ טריקעניש.

ריכטיק. יענעם זומער האָט זיך ווי דער הימל געשלאָסן. פּויערים האָבן זיך די אויגן אויסגעקוקט, מיט איקאָנעס, מיט צלמים, מיט גלחים און געזאַנגען אַרום די פעלדער גלייביקע געבעט־צוגן איינגעאָרדנט און געפּראַוועט — און ס׳האָט ניט געהאָלפן: ס׳גראָז אויף די לאָנקעס, די תבואה אויפן פעלד ברענט.

אָבער דער יאַריד האָט זיך דאָך געשטעלט. ווי שלעכט די אויסזיכטן זיינען ניט געווען, ווי שאָקלדיק און קריכיק דער באָדן פאַרן יאַריד, און ווי פון דער נאַטור באַעוולהט און באַליידיקט דער פּויער איז אויפן יאַריד ניט געקומען, — דאָך איז ער געקומען. פון דער נאָענט און פון ווייט, פון אַלע וועגן און שליאַכן, ווער מיט מער אַ ביסל, ווער מיט ווייניקער, ווער מיט גאָר ווייניק, אָבער דאָך מיט עפּעס, און פון אָט די אַלע ביסלעך און עפּעסן איז דער טומל, ווי אַלעמאָל, גרויס געווען, און פאַר די, וואָס האָבן אים דאָס ערשטע מאָל געזען, ניט צו דערקענען, אַז ער איז ווען אַמאָל געווען אָדער געקאָנט זיין אַן אַנדערער.

דאָס פאַר פרעמדע.

אייגענע אָבער, אוממיטלבאַרע פאַראינטערעסירטע, האָבן די ענדערונג דאָס יאָר פון אַלע יאָרן גוט געפילט. פאַר אַלעמען, די קליינע איבערקויפער, וואָס אַז זיי זיינען צוגעקומען צום פּויערשן וואָגן און אין אים אַריינגעקוקט, האָבן זיי אים געטראָפן אויף האַלב און דריי פערטל אַ ליידיקן, און אויף דער האַלב אָדער פערטל, וואָס פול, האָט איצט דער פּויער שטאַרק געציטערט און געוואָלט אויסשלאָגן און אַרויסבאַקומען דאָס, וואָס אַן אַנדערשמאָל פאַר אַ גאַנצן. אַלנפאַלס יענע הרחבהדיקע גוטמוטיקייט פונעם פּויער, וואָס ווען ס׳איז אים אויפגעלייגט און ווען ער האָט אַ סך, איז דאָס מאָל זיכער ביי אים ניט געווען צו באַגעגענען. פאַרקערט, ער איז בייזלעך געווען, אָנגעדרודלט, און אַ האַלב־ברוגזער, נישט פאַרגינערישער בליק האָט אַרויסגעקוקט פון אונטער זיין דאַשעק.

מע האָט מיט אים לאַנג באַדאַרפט טענהן, לאַנג איינרעדן, ער זאָל פאַרקויפן צו דער פּרייז, וואָס איז איצט אין שטאָט אָפּגעשטעלט פאַר זיינע געבראַכטע זאַכן. ער האָט זיך ניט געלאָזט, ניט געוואָלט די סחורה פון די הענט אַרויסגעלאָזן, זי געריסן ביים קויפער אויף צוריק, זיך געבייזערט, געמיינט, די ערשטע קונים, וואָס זיינען צו אים געקומען קויפן, דורכלאָזן, איבערוואַרטן, ↰ 245 אויב מעגלעך, — אויך דעם ערשטן טאָג, וואָס ער איז, ווי אים האָט אויסגעזען, נישט גינסטיק, און מעגלעך ביי אַנדערע קויפער, מעגלעך מאָרגן, וועט ער, נאָכן פעסטן האַלטן זיך און באַשטיין אויף זיינעם, די פּרייזן אַרויפציען.

דאָס איז אָבער ניט געשען: אויך אַנדערע, אויך שפּעטערע קונים האָבן מער ניט פאָרגעלייגט, און ער איז געווען געצוואונגען אויף דער ערשטגעשטעלטער פּרייז צו פאַרקויפן.

ווייל איבערקויפערס האָבן זיך דעמאָלט געלאָזט אויף אַזוינס, וואָס אין נאָרמאַלע צייטן פּראַקטיקירט זיך צווישן זיי זעלטן. דהיינו, אויף יד־אחת, ד. ה., ווען אויפן וואונק פונעם ערשטן איבערקויפער, וועלכער איז צום פּויער צוגעטראָטן און מיט אים משא־מתן פאַרפירט, האָבן אַלע איבעריקע איינקויפער, וואָס זיינען דערנאָך צוגעגאַנגען און וואָס אַן אַנדערשמאָל פלעגן זיי איינס ביי דאָס אַנדערע פון די הענט און פון אונטער דער נאָז אַרויסרייסן, מוסיף זיין אויף דעם פּרייז און אויסדינגען — דאָס מאָל האָבן זיי איין הענט געמאַכט, און אַן עקשן אַ פּויער האָט שוין אַ גאַנצן טאָג דעמאָלט געקאָנט אָפּשטיין און אויף דער געשטעלטער פּרייז פון ערשטן איז אים פאַר דער גאַנצער צייט פון קיינעם קיין גאָרנישט, קיין גראָשן נישט געהעכערט געוואָרן. דער פּויער איז, ווי פאַר אַן אייזערנער וואַנט פון פעסט־צונויפגערעדטע לייט געשטאַנען, און, זעענדיק, אַז ער וועט שוין דאָ מיט זיין גרעסטער עקשנות גאָרניט פּועלן, איז ער געצוואונגען געווען אָפּצוטרעטן, נאָכצוגעבן און געמוזט פאַרקויפן פאַר האַלב, ווי ער האָט זיך אָפּגעשטעלט און ביי זיך אין קאָפּ גערעכנט.

אַזוי געמיינע פּויערים — פאַרביטערט פונעם ווייניק, וואָס זיי האָבן געבראַכט, און די, וואָס מער, די מער פאַרמעגלעכע, האָט מען אויף אַנדערע אופנים גענאַרט — אין וואָג, אין מאָס, אין חשבון, אויף וועלכן זיי זיינען געווען שוואַך, און וואָס אין אַן אַנדער יאָר, ביי מער מעגלעכקייטן אָרנטלעכער זיך אויסצוהאַנדלען, האָט מען אָט דאָס מיטל — גראָב אין חשבון דעם פּויער צו נאַרן — ניט אַזוי אָפט און ניט אַזוי גייציק אויסגענוצט.

אַזוי, אַז אויך די פאַרמעגלעכע האָבן ווייניק גרונט געהאַט צו פרייען זיך איבעריק און צו האָבן נחת פונעם יאַריד. אָפּגערעדט שוין פון גאָר גרויסע, ווי ליוועראַנטן, למשל, וואָס זיינען אויפן יאַריד מיט גאַנצע טאַבונעס פערד געקומען, וואָס האָבן זיי געטריבן פון ווייט, געדונגענע מענטשן געהאַט אויף אַכטונג צו געבן אויף זיי, זיי צו האָדעווען און זיי צו האַלטן אינעם געהעריקן גלאַנץ און פּוץ, ווי פערד דאַרפן אויסזען ביים קומען אויפן יאַריד, — די ליוועראַנטן, וואָס האָבן געהאַנדלט גרויס און אויסגעשטעלט מיט גאָר אויסגענומענע פערד אויף פּריצים, אויף שליאַכטע, און מיט ווייניקער אויסגעשפּילטע — אויף געמיינערע קונים, — זיינען דאָס מאָל מיט די אַרויסגעפירטע פערד געבליבן, ווי נאָר אויף אַן אויסשטעלונג, נאָר אויף זיי באַווייזן; ווייל ↰ 246 קויפער, בעלנים קנאַפּ, מחמת די פּרייזן ניט צוטריטלעך און פאַר קיינעמס קעשענע; אַזוי, אַז מע האָט זיך נאָר געקאָנט פאַרגינען קוקן, אָבער ניט נאָענט צוגיין, מיט די הענט זיך ניט צורירן, אַפילו ביים גרעסטן חשק, ווען אַפילו די אויגן זיינען געקראָכן פון קאָפּ פון וועלן און פון באַגער צו קויפן.

ליוועראַנטן האָבן געברענט. די פערד־פּלעץ, די „טאָרהאָוויצעס” האָבן דאָס מאָל פון פערד־אויספּרואוון און פון בייטשן־קנאַק ניט געהילכט, ניט פון הויכן האַנדל, ווי צווישן ליוועראַנטן, ניט פון קלאַפּן זיך אין די הענט מיט קונים — און פון גרויס צרות האָבן זיך שוין גרויסע קאָמפּאַניעס זייערע אין קליינע שענקלעך געקליבן, און עס האָט שוין ביי זיי געהאַלטן אַפילו דערביי, אַז זיי האָבן זיך מיט ציגיינער אין האַנדל אַריינגעלאָזט, אַליין נאָר צוליב ניט ליידיק שטיין, אַליין נאָר צוליב וואָס־ניט־איז און אַבי וועלכן נאָר האַנדל.

אויך מיט פּריצים, לאַנד־גראַפן און פירשטלעכע זינדלעך, וואָס פלעגן אַלע יאָר, ווי געזאָגט, קומען מיט עקאָנאָמען און הויף־פאַרוואַלטער; יענע, די פאַרוואַלטער, זאָלן פּריצים גוטס אָפּזעצן, און זיי, די פּריצים אַליין, אַ ביסל צו זיין דערביי, מער אָבער ביי עפּעס אַנדערש, — ביי הוליען און אויסברענגען דאָס באַקומענע און אָפּגעלייזטע — אויך מיט זיי, מיט פּריצים, לאַנד־גראַפן א. אַ. דאָס מאָל ניט פריילעך.

קיין מוסטערן פון גרויסע פּאַרטיעס תבואה האָט מען איצט ניט מיטגעבראַכט, ווייל נישט געווען, ווייל אַן אומגערעטעניש. און לאַנד־סוחרים, הערנדיק פון ווייט, וואָס דאָ אין געגנט טוט זיך, האָבן זיך דאָס מאָל פון אויפן יאַריד צו פאָרן אָפּגעהאַלטן; און די, וואָס זיינען יאָ געקומען, האָבן זיך ניט איבעריק געאיילט, האָבן זיך לאַנג געישובט אַפילו דאָס יאָ מעגלעכע איינצוקויפן, מורא האָבנדיק, ערשטנס, פאַר דער ריזיקע פון די צו הויכע פּרייזן, און, צווייטנס, אויך פאַר קאָנקורענץ: טאָמער וועלן אַנדערע סוחרים פון אַנדערע געגנטן, וויסנדיק דעם יקרות פון הי, שפּעטער אַהער פון יענע מער געראָטענע געגנטן מיט מער ביליקע תבואות אונטערקומען און זיי וועלן זיי שטאַרק ניזוקן.

ביי די פּריצים איז געלט דעמאָלט געווען ווייניק, כמעט נישט, און די, וואָס האָבן אויף זיי אַרויסגעקוקט, ד. ה. די, וואָס האָבן מיט זיי דאָס גאַנצע יאָר געהאַנדלט, זיי געלט געליען, מיטן מיין איצט, אויפן יאַריד, דאָס צוריק אַרויסבאַקומען, זיינען געבליבן גענאַרט. אייניקע, די, וואָס האָבן זיי דורך מעקלערס געליען, האָבן די מעקלערס געשיקט, און יענע זיינען צוריק געקומען האַלב־בלאַסע, אָפט אַרויסגעטריבענע פון אויפגערעגטע און צערייצטע פּריצים, וועלכע האָבן זיי אַפילו אויף דער שוועל ניט געלאָזט. אַנדערע ווידער, וואָס זיינען אַליין געגאַנגען, האָבן אויך ניט בעסער אָפּגעשניטן, און פון שווערער פּריצישער לאַגע אַפילו מיט קיין גוט וואָרט, אַפילו מיט קיין צוזאָג אויף שפּעטער נישט אַהיים געקומען.

↤ 247

פאַרשטענדלעך, אַז בעל־הלוואות האָבן — צי זיי ווילן, צי זיי ווילן ניט — דעם שטילן צייטווייליקן פּריצישן באַנקראָט געמוזט אַראָפּשלינגען, ווייל קיין ברירה, ווייל אַנדערש טאָן, — ד. ה. ווען פּריצים האָבן איצט ניט צו צאָלן, גלייך די וועקסלען אין גאַנג לאָזן, — האָבן בעל־הלוואות געוואוסט, איז קיין גאַנג ניט, אַזוי טוט מען ניט, ווייל אַזוי וועלן זיי אויף אייביק שוין מיט יענעם מוזן איינרייסן, אויף קיינמאָל מיט זיי מער שוין קיין געשעפט ניט מאַכן.

אַזוי האָט דאָס יאָר געטראָפן כמעט מיט אַלע, און נאַטירלעך, אויך מיט משה מאַשבער, ווייל וואָס איז ער פאַר אַן אויסנאַם? נאָך מער: נישט גענוג, וואָס פּריצים האָבן די אַלטע הלוואות נישט געצאָלט, זיינען זיי נאָך, ווי ס׳איז פאָרויסצוזען געווען, געצוואונגען געווען פאַרשאַפן זיך נייע, זיך געלאָזט אויף שלעכטע באַדינגונגען, אויף הויכע פּראָצענטן, וויכטיקע שטיקער אייגנטום צו פאַרזעצן, אַבי עטוואָס געלט אַריינצובאַקומען, כדי ניט צו דערלאָזן זיך איינשרומפּן און פון פּריצישע באַדערפענישן זיך אָפּזאָגן.

פּריצים — סיי קליין סיי גרעסער — האָבן דעמאָלט אין גרויס נויט געשטעקט, און ביי די, צו וועמען זיי ווענדן זיך כסדר אין אַזוינע פאַלן — צו שטאָטישע געלט־קאָנטאָרן און בעל־הלוואות — זיינען די הענט געווען געבונדן, אַפילו ביי זייער בעסטן ווילן, זיי, די פּריצים, מיט וועלכע זיי האָבן כסדר געשעפט געמאַכט, אַרויסצוהעלפן.

דערצו נאָך איז אויסער יענער נויט ביי פּריצים, דאָס מאָל נאָך אַ ספּעציעלע געווען, מחמת איינער אַ געשעענער מעשה אויפן יאַריד, וואָס אַלע, דער גרעסטער טייל פּריצים, די מערסטע אָנגעזעענסטע, רייכסטע, צוזאַמען מיט די לאַנד־גראַפן און פירשטלעכע זין זיינען געווען פאַרמישט אין איר , אַ מעשה, וואָס האָט געשמעקט מיט גרויסע אומאָנגענעמלעכקייטן פאַר פּריצים, פיל וואָלטן פון איר געווען געליטן, ווייל ס׳איז געגאַנגען אין מלוכה־פאַרראַט און געדראָעט מיט סיביר, מיט קייטן, פאַרשיקונג און קאָנפיסקירונג פון פאַרמעגן, און אפשר נאָך ערגער...

ס׳רעדט זיך דאָך דאָ פון די 70־ער יאָרן פון פאָריקן יאָרהונדערט, פון די יאָרן, וואָס אָקאָרשט נאָר־וואָס נאָכן פּוילישן אויפשטאַנד פונעם באַוואוסטן 63טן; פון דעמאָלט, ווען אַ גרויסער טייל פּריצים, אַפילו פון אונדזער געגנט, וועגן וועלכן מיר רעדן דאָ, וואָס כאָטש ער איז געלעגן אַ ביסל אין אַ זייט פון גרויסע געשעענישן, וואָס כאָטש ווייניק האָבן אין יענעם אויפשטאַנד אוממיטלבאַרן אָנטייל גענומען, ווייל ניט דאָרט, אין יענער געגנט, די שלאַכטפּונקטן, אָבער מיטגעפיל צו דער קעגן־מלוכה־באַוועגונג האָבן זיי דאָך אַרויסגעוויזן — מיט געלט, מיט פאַרשיידענע אַרטן שטיצע, ווי שפּיאָנאַזש און אויסבאַהאַלטן נאָכן בראָך פונעם אויפשטאַנד דעם, וואָס מע האָט ניט געטאָרט אויסבאַהאַלטן, א. אַז. וו.

↤ 248

אייניקע, די מער פאָרזיכטיקע און ווייניקער רייכע, האָבן נאָכן אויפשטאַנד זיך געזען צופּאַסן. זיי האָבן אַראָפּגעשלונגען דאָס, וואָס געמוזט, ווי עקלדיק פעטס אויף אַ רפואה, האָבן אויף זיך אַ מאַסקע אָנגעצויגן, זיך כלומרשט אונטערגעגעבן, און אין דער שטיל, צווישן אייגענע, ביי פאַרמאַכטע טירן, אין זייערע הויפן און שלעסער, געשטורמעוועט, זיך דאָס לייב געביסן, געטרוימט וועגן בעסערע צייטן און געהאָפט פון פאַרשיידענע זייטן אויף הילף.

אַנדערע, די מער רייכערע, האָבן קיין געדולד געהאַט, האָבן זייערע מאַיאָנטקעס פאַרקויפט, געלט צונויפגעשלאָגן און פאַר גרויס צער, נישט קענענדיק צוזען דאָס נייע, ערגעץ אין די אויסלאַנדס זיך איבערגעקליבן. ווידער אַנדערע, אויך רייכע, אָבער גרויס האָנאָרעוואַטע, וואָס די טאַטעס און זיידעס ירושה, — זייערע ערדן, נחלאות און מאַיאָנטקעס — זיינען זיי אַזוי טייער געווען אויף ניט קענען זיך מיט זיי צעשיידן, זיינען אויף די ערטער געבליבן, זיינען אָפן, נאַטירלעך, ניט אַרויסגעטראָטן, אָבער ווער ס׳האָט באַדאַרפט וויסן, האָט געוואוסט, אַז יעדערער פון זיי, פון אָט יענע, טראָגט פייער אונטער די פּאָלעס, גיפט און שנאה צו אַלעם דעם, וואָס האָט זיי אַזוי וויי געטאָן, אַזאַ אַנגסט פאַרשאַפט דערמיט, וואָס האָט ביי זיי, כלומרשט, זייערע דורותדיקע רעכט גערויבט אויף צו הערשן און געוועלטיקן אויפן גאָרן פאָלקס־לייב און אייגנטום.

די מאַכט האָט זיי דערום גוט נאָכגעקוקט, זיי אין אויג געהאַט, ווי ווייט נאָר געקאָנט די אויפזיכט איבער זיי פאַרשטאַרקט, און כדי זיי נאָכקוקן און אַלע זייערע מחשבות און געהיימע גענג זיך דערוויסן, האָט זי צווישן זיי אייגענע איבערגעקויפטע מענטשן אַריינגערוקט, אָפט טאַקע פון זייער אייגענער סביבה, זיך אויסשפּירער איינגעהאַנדלט, איינגעשאַפט — זיך אויף געטריישאַפט און די אויף פאַרראַט.

איז אָט, איז דעמאָלט געשען: מיר ווייסן ניט, צי פאַר גרויס צרות, וואָס ביי די פּריצים זיינען אויפן יאַריד די געשעפטן געגאַנגען שלעכט, צי פאַר אַנגסט און אומאָנגענעמלעכקייט, וואָס, זיי צום בזיון, האָבן זיך ניט געקאָנט אויסדרייען, ניט געהאַט מיט וואָס די פאַראַיאָריקע חובות צו צאָלן און נאָך געמוזט נייע הלוואות איינשאַפן, און ס׳איז זיי ניט גרינג אָנגעקומען, און דערפאַר פּריצים אויפן האַרצן ניט גוט, און זיי האָבן זיך געוואָלט צעשטרייען. מעגלעך אָבער אויך, אַז נישט דערפאַר, נאָר בכלל האָבן זיך פּריצים אָפּגערעדט אַ גרויסן הוליע טאָן — און אויף איינעם אַן אויפדערנאַכט דאָס באַשטימט.

ס׳האָבן אָנטייל גענומען: פאַר אַלעמען, יונגע לעב־בחורים, אויך עלטערע, פאַרזעסענע, אַזוינע, וואָס וועלן קיינמאָל ניט חתונה האָבן, צי מחמת געוויסע קראַנקהייטן, וואָס זיי האָבן באַוויזן אין דער יוגנט אַריינכאַפּן און אויף דער עלטער שוין צו פוילן, צי אַזוי גלאַט, איבער פּריצישע קאַפּריזן און מאַנקאָליעס, פאַרזעסענע.

↤ 249

ס׳האָב אָנטייל גענומען אויך אַזוינע, וואָס אין דער היים האַלטן זיי שטאַט, האָבן פאַמיליעס און פירן אַ לעבן, ווי דער שטייגער פאָדערט, גאָר יעדעס מאָל, קומענדיק אויפן יאַריד, דערלויבט מען זיך אַזוינס, וואָס אין דער היים, איבער געוויסע טעמים, קיינמאָל.

דער הויפּט־טאָנגעבער אָבער אויף יענעם אָוונט פאָרט די יונגע, און זיי האָבן דאָס אויף זיך גענומען, און דורך זייערע באַדינער, וואָס זיי האָבן מיט זיך פון זייערע טאַטישע היימען מיטגעבראַכט, איז באַפוילן געוואָרן, אויסצופילן דאָס, וואָס ס׳האָט זיך געפאָדערט; און מיט אַ היפּשער גרופּע פינצטערע מעקלער און מעקלערלעך איז פון יענער זייט טירן (ווייל אין שטוב האָט מען מיט אַזוינע ניט געהאַנדלט) אָפּגערעדט געווען, וואָס מע האָט באַדאַרפט אָפּרעדן; און געלט איז געשאַפן געוואָרן. פאָר אַלעמען, פאַרן „גן־עדן”־ קלייטעלע, אַז די פּאָליצעס אין דעם זאָלן מיטאַמאָל שטאַרק שיטער ווערן, ווייל פּריצים זיינען אַזוי אויך גרויסע געברויכער, בפרט, ווען מע צעבינדט זיך, ווען מע צעלאָזט זיך און מע גייט ספּעציעל אין הוליען זיך צעפלאַקערן.

ס׳האָבן זיך באַדאַרפט טישן ברעכן פון דעם, וואָס ס׳פאָדערט זיך פאַר אַזוינע הויכע געסט און געניטער — פון עסן און טרינקען, און אויך מיט פינצטערע מעקלער פון שאַנד־ און עבירה־הייזער איז אָפּגערעדט געווען, און יענע זיינען יענעם טאָג שטאַרק פאַרפּאַליעט אומגעלאָפן, און זיי, פון זייער זייט, האָבן זיך מיט אונדזער באַקאַנטער פּערעלע דער מעקלערין צונויפגערעדט: טאָמער וועלן שאַנדהייזער ניט קלעקן, זאָל זי פון איר „סחורה”, פון האַלב שאַנד־אַמען און ערב־אַמען צושטעלן — די פּריצים אויף נאָך דער הוליאַנקע, אויף שפּעט, ווען פּריצים וועלן זיך אין זייערע באַזונדערע צימערן צעגיין.

פאָרקומען האָט דאָס באַדאַרפט ביי נתן־נאָטען אין איינפאָר־הויז, אין איינעם פון די בעסטע, פאַרהעלטניסמעסיק פאָרנעמסטע, דאָרט, וואו ס׳פלעגן איינשטיין אָדער גאָר רייכע סוחרים, אָדער אָנגעפאָרענע רעגירונגס־ און אַדמיניסטראַציע־לייט, ווי ריכטער, ווען זיי קומען אַראָפּ פון דער ווייטלעכער גובערניע־שטאָט אויף אַ היגן משפּט, אַקציזניקעס, רעוויזאָרן א. אַז. וו.

די צימערן זיינען דערום מעבלירט געווען פיינער, ווי אין אַנדערע איינפאָר־הייזער. בענקלעך און קאַנאַפּעס מיט טשעכאָלן, דילן מיט טעפּיכלעך, מיט פאַרטרעטן פון גענעראַלן אויף די ווענט אין יעדן צימער, און אין איינעם אַ גרויסן עס־צימער, — אויסגערעכנט דערויף, ווען אַ גרויסע קאַמפּאַניע וועט צוזאַמען עסן, ס׳זאָל זיי אין איין צימער צו איין טיש דערלאַנגט ווערן — דאָרט, אין יענעם צימער אויך אַ קייסער־פּאָרטרעט, אין דער קרוין, .צו קאָראָנאַציע, — אַ ביליק־פאַרביקער לובאָק אויף שטייף גלאַזירט פּאַפּיר, ווי יענער סאָרט אַלע אַזוינע פּאָרטרעטן, וואָס ווערן אויף אַלע מאַרקן אין גרויסן ↰ 250 טיראַזש פאַרקויפט פאַר קליין געלט און צום פּאַטריאָטישן אָפּגעשטאַנענעם געשמאַק פון אַ געוויסן געברויכער.

דאָס מאָל זיינען די צימערן איינס אין אַנדערן צעעפנט געשטאַנען, ווייל אַלע איינשטייער באַקאַנט און היימיש, און דער הויפּט־צוזאַמענקום און דער גרויסער טיש איז געגרייט געווען אין עס־צימער, וועלכער איז געווען באַלויכטן, אַ חוץ פון ליכט אויפן טיש, אויך פון איינעם אַ מין בליץ־לאָמפּ, וואָס איז פון מיט סטעליע אַראָפּגעהאַנגען.

נתן־נאָטע, דער באַלעבאָס פון דער אכסניה, דער, וואָס איז תמיד געוואוינט הויך־חשובע געסט אויפצונעמען און באַדינען, און וואָס ספּעציעל צוליב אָט דער באַדינונג איז אים זיין באָרד שטענדיק זויבער געקעמט און אויפן קאָפּ האָט ער, מעשה סאַרווער, געטראָגן אַ זיידן יאַרמעלקעלע, — ער, נתן־נאָטע, איז דעם טאָג פון ערב יענעם אָוונט באַזונדערס באַשעפטיקט געווען מיטן גרויסן טיש פאַרשפּרייטן, די בענקלעך אויסשטעלן, לאָמפּן רייניקן, טעלער, גלעזער, גלעזלעך ווישן; און דער עיקר נאָך, ווען מ׳האָט אויפן טיש דאָס אָנגעגרייטע באַדאַרפט צעשטעלן, ווען נתן־נאָטע האָט קיין אויפזעער איבער זיך ניט געהאַט פון פּריצישן צד, איז כמעט אַליין באַלעבאָס געווען, און ער האָט באַדאַרפט פון יעדן מין מער, ווי אויפן טיש אַרויפשטעלן, פאַר זיך אַראָפּשטעלן, ד. ה. אַראָפּנעמען, כדי דאָס צוריק דעם באַלעבאָס פון „גן־עדן”־קלייטעלע אָדער אַן אַנדערן צו פאַרקויפן. ער האָט געהאַלטן אין איין טראָגן צום טיש און אין איין אַוועקטראָגן פון טיש, און די גאַנצע צייט האָט אים דער קאָפּ געאַרבעט, די גאַנצע צייט האָט ער זיך מיט דער דעה געשלאָגן, זיך געישובט, צי נעמט ער ניט צופיל אַראָפּ, אָדער צי שטעלט ער ניט אויפן טיש אַוועק איבעריקס. ער איז אַלעמאָל געלאָפן צו די וויין־קעסטלעך, וועלכע ער האָט געהאַט אין אַ באַזונדערן צימער אָנגעגרייט, אויסער יענע ,וואָס ער האָט גלייך אויפן טיש אַוועקגעשטעלט, און ער האָט געקוקט אויף זיי, געזען און זיך מיישב געווען, וויפיל וועט ער קענען, נאָך דעם, ווען ער וועט די פּריצים אָנשיכורן, פאַר זיך און ווידער צום צוריק־פאַרקויף לאָזן.

ער האָט, אויסער קאָפּ־אַרבעט, אויך אַ געוויסע מאָראַלע קרענקונג געהאַט פון די אָנגעטריבענע מוידן, די אויסגעבאָדענע, אויסגעוואַשענע, וועלכע האָבן פאַרנומען אַ פולן באַזונדערן צימער ערגעץ אין עק איינפאָר־הויז און האָבן אויף זייער צייט, אויף זייער ריי געוואַרט. ער האָט זיך געמאַכט ניט וויסנדיק, נתן־נאָטע, ווייל מיט אַזוינע זאַכן האָט ניט ער, נאָר אַ לעצטער משרת, אי דאָס אויך זעלטן, צו טאָן געהאַט; אָבער פילנדיק זיי, האָט ער געשפּיגן, און ווען ער האָט דערזען די טיר פון יענעם צימער זיך עפענען און אַ קאָפּ, אַ קערפּער פון איינער פון יענע זיך אַרויסרוקן, האָט עס אים געערגערט. ער האָט זיי, כלומרשט, נישט באַמערקט, פאַרבייגעלאָפן און זיך ניט זעענדיק געמאַכט, גאָר אין האַרצן האָט ער געזיפצט; אַ ברירה האָט מען? וואָס טוט ↰ 251 מען דען ניט צוליב פּרנסה? בפרט, אַז מע האָט צו טאָן מיט אַזוינע, וואָס אָפּזאָגן זיי איז געפערלעך, און ניט נאָכגעבן איז גאָר ניט שייך.

ווייל ריכטיק: נתן־נאָטע האָט דאָס מאָל צו טאָן געהאַט מיטן אמתן בלומען־קראַנץ, מיטן אמתן אויסגעכאָליעטן און אויסגעלאַסענעם, וואָס גאָר פּריצים קאָנען פון זיך אַרויסגעבן.

פאַר אַלעמען, מיט אַזאַ, למשל, ווי מיטן איינציקסטן זון פונעם באַוואוסטן אין דער גאַנצער געגנט אַלטן גראַף קאָזעראָגע, וואָס איז גענוג געווען צו קענען דעם אַלטן, מע זאָל שוין וויסן, ווער דער זול איז.

דער אַלטער אַליין איז שוין נישט געווען. אָבער לעגענדעס האָבן זיך וועגן אים געטראָגן איינע משונהדיקער פון דער אַנדערער. ווי, למשל, וועגן זיין ליידנשאַפט פאַרשיידענע פּאָרצעלייענע כלים צו זאַמלען. גאַנצע צימערן האָט ער געהאַט אויסגעשטעלט און אָנגעהאַטעט פון פאַרשיידענע טיי־שעלעכלעך, טעצלעך, טאַצן, וואַזעס, בילדער פון פּאָרצעליי, פון פאַרשיידענע גרויסן, וואָס ער האָט פון פאַרשיידענע לענדער זיך איינגעשאַפט און אויסגעשריבן.

איז דאָס אים ווייניק, האָט ער געהאַט אַ צווייטע ליידנשאַפט — צו רויכער־ליולקעס, וואָס אויך מיט זיי האָט ער גאַנצע צימערן פאַרוואַלגערט, די ווענט באַהאַנגען, ביז דער סטעליע אַרויף און ביז דעם פּאָל אונטן — פון ליים, פון האָלץ, פון בורשטין, פון אַלערליי לענדער איינגעהאַנדלט, פון הי, פון פּערסיע, טערקיי, אַזש פון ווענעציע, און פון אַלע אַנדערע רוחות ליולקעס. דאַן מטבעות, און דווקא, האָט מען דערציילט, פון פאַר דעם אַלטן קריסטוס, אויסגעגראָבענע, אָפּגעריבענע, שוין קיין אותיות נישט צו דערקענען און פאַרן ברייטן עולם קיין ווערט, און ער, דער אַלטער קאָזעראָגע, האָט זיך אין זיי געקאָכעט ביז משוגעת, ביז אָפּגעבן אַ האַלבן מאַיאָנטעק פאַר איינעם אַמאָל אַן אַנטיקל, וואָס אין די גרעסטע וועלט־מוזייען איז דאָס אַ חידוש, אַן אויסנאַם און בכלל ניט בנמצא.

איז מילא, אָט די אַלע ליידנשאַפטן און קאַפּריזן נאָך צו דערליידן. כאָטש פּריצישע, אָבער פאָרט מענטשלעכע. אָבער אויף דער עלטער איז שוין דער אַלטער גאָר דול געוואָרן, און ער האָט פריער גענומען זאַמלען כאַלאַטן פון גאָר דער וועלט, דערנאָך גאָר לעבעדיקע באַשעפענישן, ווי פאַרשיידענע קריפּלען, קאַליקעס, קאַרליקעס פון מענלעכן געשלעכט, פון ווייבלעכן געשלעכט, קליינע, פּיצלעך, באַנומענע, מיט אַלט־געלע פּנימער און מיט קנייטשן. איז דאָס אים ווייניק געווען נאָך אַליין דאָס זאַמלען, איז אים איינגעפאַלן זיי אַלע חתונה צו מאַכן און צו פּאָרן, און — „פע, פע” — האָט מען זיך דערציילט און געשפּיגן, — און אויף די חתונות האָט ער גרויס געהוליעט, און אַ השגה האָט ער געהאַט, אַז ער מיט די געסט זאָלן נאָך בייזיין ביי דעם, וואָס ס׳קומט פאָר נאָך דער חתונה... טאַקע שטיין, צוקוקן און משוגע־שיכור דערביי, ביז בויך־שטעכעניש, זיך קאַטשען פון געלעכטער.

↤ 252

אַ סוף האָט ער געהאַט אַ ביטערן. בעתן אויפשטאַנד האָט ער אַליין קיין אָנטייל ניט גענומען, ווייל אַלט און ווייט פון שלאַכטן. נאָר דאָס מויל האָט ער ניט געהאַלטן, און די מאַכט, וואָס האָט גוט אַזוינע דעמאָלט נאָכגעשפּירט, האָט געוואוסט, ווי ער האַלט; מחמת אַ מנהג האָט ער זיך געמאַכט, אַז יעדעס מאָל, ווען אַ פאָרשטייער פון דער מאַכט האָט אים באַזוכט אין זיין שלאָס, האָט ער זיך יעדעס מאָל קראַנק געמאַכט און באַפוילן דעם פאָרשטייער צו זיך אין שלאָפצימער ברענגען, און יענער האָט אים יעדעס מאָל געטראָפן, כלומרשט, אַ שלאָפעדיקן, צו דער וואַנט אויסגעקערעוועט, און תמיד מיט אַ נאַקעטן, ווי הייסט מען דאָס, מיט דעם אומאָנשטענדיקן טייל קערפּער הויל, נישט צוגעדעקט. ער האָט זיך יעדעס מאָל ביי יענעמס אַריינקומען ווי אויפגעכאַפּט און זיך כלומרשט אַנטשולדיקט, אָבער וויסן האָט מען געוואוסט, אַז דאָס איז גאָר ניט אומגערן. דאָס מאַכט ער אומיסטן און דעמאָנסטרירט דערמיט זיין באַציאונג און אומערע צו דער מאַכט.

ס׳איז דערגאַנגען דערצו, וואָס פריער האָט ער אַזוי קלענערע רוסישע באַאַמטע אויפגענומען, דערנאָך גרעסערע און נאָך גרעסערע, ביז מ׳האָט זיך דערפון גאָר אין די הויכע פענצטער דערוואוסט, און דער סוף איז געווען, אַז ווען ער האָט דאָס זעלבע נאָך פאַר אַ גרויסן מיליטערישן מאַן געמאַכט, וועלכער איז פאַרביי אונדזער געגנט, פאַרביי זיין מאַיאָנטעק, מיט אַ מיליטער־טייל דורכגעגאַנגען, האָט זיך יענער שטאַרק באַליידיקט, און אויף אייגענער אחריות, זיך ביי קיינעם ניט אָנפרעגנדיק, אָדער אפשר ניט אויף אייגענער, אפשר האָט ער אויף דערויף פון דער הייך אַ וואונק, אַ דערלויבעניש באַקומען, — נאָר דער סוף איז געווען, אַז מע האָט אים, דעם אַלטן, מיוחסדיקן, ווילד־חשובן פּוילישן אַלטן גראַף קאָזעראָגע איבער דעם זעלבן אָפּגענאַקעטן טייל, איבערן הוילן, געשמיסן, פּשוט, ווי ער האָט אָפט זיינע געוויינלעכע אומבאַשיצטע פּויערים, ווען מע האָט זיי די הויזן אַראָפּגעלאָזט, און ער זיי — אויפן רוקן, אים אָבער, ווייל אַן אַלטער — אויפן ווייכן...

דער אַלטער האָט דאָס ניט אויסגעהאַלטן, און נאָך די שמיץ איז ער שוין פון בעט ניט אַראָפּ, די גאַנצע צייט פון נאָך יענער מעשה אָן קיינעם, אַפילו קיין אייגענע, אויסער זיין באַדינער, ניט צוגעלאָזט, אָבער אויך אים, דעם באַדינער, אין פּנים ניט געקוקט: די גאַנצע צייט מיטן פּנים צו דער וואַנט, מיטן רוקן צום צימער געלעגן, ווייל ער האָט די בושה ניט געקאָנט איבערטראָגן, און אַזוי, אַן אויסגעקערעוועטער, זיין גראַפישע נשמה אָפּגעבן.

דער יונגער גראַף, דער איינציקער זון און יורש זיינער, האָט זיך פון דער יוגנט אָן אין אויסלאַנד אויפגעהאַלטן, אין אַ בעלגישן ליעזש אָדער אין אַ שווייצאַרישער לאָזאַנע געלערנט, געשטודירט, כלומרשט, און אין דער אמתן, איז גענוג געווען נאָר אַ קוק צו טאָן אויף אים, כדי צו זען און זיך איבערצייגן, ↰ 253 וואו דער יונג האַלט און וואָס פאַר אַ לייט ס׳וועט פון דעם פּאַרשוין גאָר אינגיכן ווערן.

ער איז נאָך קיין דרייסיק ניט אַלט געווען, און דאָס פּנים שוין בלאַס אָפּגעצערט, קיין טראָפּן בלוט, און ס׳האָט זיך געדוכט, אַז מיט אָפענע אויגן שלאָפט ער. ער פלעגט טאַקע אַלעמאָל אינדערפרי, ווען דער היימישער ראַזירער פלעגט צו אים קומען אים אויף צום טאָג צו פּוצן און אַרומראַזירן, אינמיטן ראַזירן איינגעשלאָפן ווערן, מיטאַמאָל דעם קאָפּ פאַרלירן, און ער האָט טאַקע ניט איין מאָל דעמאָלט אינמיטן גאָלן אַ שניט געכאַפּט.

ער איז שוין אויף האַלב אויסגעבייטלט געווען, גייסטלעך און קערפּערלעך. מילא, גייסטלעך האָט ער סיי־ווי ניט געהאַט וואָס צו פאַרלירן, ווייל גאָר קיין איבעריקס האָט ער פון זינט ער לעבט נישט געהאַט און בירושה נישט באַקומען. נאָר קערפּערלעך האָט ער שוין מיט די פיס געשאַרפּעט, באַלד־באַלד, האָט מען געזען (מע האָט קיין גרויסער ווייסער און קיין דאָקטער ניט באַדאַרפט זיין דרויף), וועלן אים די פיס אויפהערן דינען, דאָס לשון, וואָס איז אים שוין אַזוי אויך געווען האַלב געלעגערט, וועט אים באַלד אָפּנעמען, דאָס ביסל זכרון, וואָס האָט זיך אים אַזוי אויך געפּלאָנטערט, וועט זיך אויסלעשן, און אַזאַ פּאַרשוין וועט באַלד מיט פאַרגלייזטע אויגן און מיט שטענדיק רינענדיקער סלינע פון איין זייט מויל, אין בעט בלייבן ליגן ,אָדער אין בעסטן פאַל, וועט מען אים נאָך קאָנען אויף אַ קראַנקן־וועגעלע מיט ווייכע רעדעלעך אַרומפירן, ווי ס׳איז טאַקע מיט אים אין דער אמתן, אין די נאָענטסטע יאָרן געשען.

דערווייל איז ער נאָך אומגעגאַנגען, דערווייל האָט נאָך אין אים אַ געוויס ביסל נשאר געצאַנקט. דערצו דער איינציקער יורש פונעם אַלטן גראַף, מיט די הונדערטער דערפער, מאַיאָנטקעס, ביר־ברויערייען, גוראַלניעס, עקאָנאָמיעס און אַנדערע רייכקייטן, וואָס ער האָט ניט געוואוסט וואָס צו טאָן מיט זיי, ווי מיט זיך און מיט זיין שוין האַלב־דורכגעלעבטער און אָפּגעברענטער צייט, און מיט אַלץ, וואָס איז אים שוין צוריק געקראָכן.

דערווייל איז ער נאָך געווען ער, מיטן פּריצישן פּוץ, דער רייכסטער פון אַלע רייכע אין געגנט, מיט אַלע ווילדסטע און האַלב־אומזיניקע השגות, כאָטש שוין מיט אַ פאָנפענדיקער שפּראַך, מיט שאַרפּענדיקע פיס, מיט אַ לאָרנעט, וואָס אָן אים האָט ער זיך, אַפילו אין קלאָזעט גייענדיק, ניט געקאָנט באַגיין, און וואָס אויך מיט אים, ווי אָן אים, האָט ער גאָרניט געזען, גאָרנישט ניט פאַרשטאַנען, ווייל אין קאָפּ האָט זיך אים געלאָשן.

דערווייל איז ער ביי אונדז אויף דער אויבן־דערמאָנטער שמחה געווען דער אָנגעזעענסטער, ווייל אויף זיין משכון כמעט איז דאָס אַלץ איינגעאָרדנט געוואָרן, כדי זיין ליידיקגייערישע יאַריד־צייט צו פאַרהוליען. און, נאַטירלעך, ↰ 254 אויך די אַלע איינגעלאַדענע אויף דער שמחה, פון זעלבן סאָרט, ווי ער, אָדער האַלב ווי ער.

מירן דאָ ניט אויסרעכענען די נעמען פון אַלע אָנטיילנעמער אין יענעם אָוונט, ווייל, סוף־כל־סוף, זיינען זיי אונדז אַלע אַלצאיינס, און גאָר מיט קיין סך האָבן זיך איינס פון אַנדערן צום בעסערן ניט אויסגעטיילט.

אין דער אמתן, וואָס איז דער חילוק פון יענעם אייניקל פון איינעם אַ באַוואוסטן פּוילישן וואָיעוואָדע, באַקאַנט נאָך פון כמעלניצקיס צייטן, דער גראַף געדרויץ, וואָס ווי מע האָט דערציילט, האָט ער אויסגעביטן אַן אַלטן וויין־קעלער אויף אַן אַראַבישער שטאַם־שקאַפּע, אַ שיין־פיסיקער, אַ וואונדערלעך היציקער, און פון אַזאַ שטאַלט אין גאַנג און מעכטיקייט אין רייט־געיעג, אַז ער האָט גאָר זיין וועלט פאַרגעסן און איבער איר דעם קאָפּ פאַרלוירן; אַזוי, אַז ווען זי, די שקאַפּע, איז אים קרענק געוואָרן, האָט ער, וואו אַ קאָנאָוואַל פון דער גאַנצער געגנט צונויפגעטריבן, און אַז די קאָנאָוואַלן האָבן ניט געהאָלפן, האָט ער זיך געווענדט צו זנאַכערס, און אַז אוך די זנאַכערס ניט — צו קסיאָנדזן, און חלשנדיק און פעלנדיק פאַר די פיס צו זיי, האָט ער זיי איינגעבעטן אָפּצוריכטן אַ תפילה פאַרן פערד, ווי גלייך פאַר אים אַליין.

וואָס פאַר אַ חילוק, זאָגן מיר, צווישן אים, דעם גראַף געדרויץ, און צווישן איינעם אַ יונגן פירשט דעניקע, האַלב־דייטש, האַלב־פּוילישער אָפּשטאַמונג, וואָס יענער האָט זיך פאַרנומען מיט ציכטלען עפּעס אַ געוויסן מין חזירים, ווייסהאָריקע מיט ראַזעווע פּיסקעס, ווי אַ דרייער די גרייס, און וואָס ספּעציעלע מענטשן זיינען צו זיי צוגעשטעלט געוואָרן אויף זיי אַזוי אויסצוהאָדעווען, ביז יענע האָבן שוין פון פעטס קיין כוח ניט געהאַט אויף די פיס צו שטיין, די קנעכל ביי זיי זיינען געווען צו קרוכקע זייערע אייגענע בערג פלייש אויסצוהאַלטן, און זיי פלעגן שוין אַפילו עסן ליגנדיק, מיט פאַרמאַכטע אויגן, און האָבן טאָג ווי נאַכט גאָר מיט די חזירשע נשמות געפאָכעט און שטילע געשטאַנקען פון זיך אַרויסגעלאָזט. דער פירשט האָט קיין בעסער פאַרגעניגן ניט געהאַט, ווי נאָר צו שטיין לעבן אָט יענע חזירים, שעהן־לאַנג אויף זיי צו קוקן און אויף זייער פעטס זיך פרייען, ווען זיי זיינען געזונט געווען, אָבער לסוף פלעגן זיי קראַנק ווערן, און דער פירשט, צוזאַמען מיטן קאָנאָוואַל און מיטן שטעל־ און חזירים־היטער, פלעגט ביי אַ טונקעלן לאַמטערן ביי זיי נעכטיקן און זיי די נשמות היטן. דער פירשט האָט זיך געשטעלט אַ ציל זיינע חזירים צו אַ מאַקסימאַלער וואָג און פעטס־נאָרמע צו דערפירן, אָבער די חזירים פלעגן די איבערשטאָפּונג ניט אויסהאַלטן און פלעגן אים אַוועקפּגרן — וויי־וויי! — פאַר דער נאָרמע...

וואָס איז דער חילוק צווישן זיי... אַלנפאַלס, די קאָמפּאַניע — אַ געלונגענע, אַן איינהייטלעכע, און פון איינע פּריציש, פּאַראַזיטישע מזלות. איינער נאָר אַן אויסנאַם צווישן זיי, איינער אַ ליסיצין־סווענטיסלאַווסקי, אַ מענטש ↰ 255 מיט אַ צווייענדיקער פאַמיליע, ספק רום, ספק פּויל, נישט קיין פּריץ און נישט קיין גוטבאַזיצער, ער האָט קיין מאַיאָנטעק אין דער געגנט ניט געהאַט, האָט אין שטאָט געדינט ביי דער מלוכה, פריער אַמאָל אַ קליינער באַאַמטער ערגעץ אין אַקציז, דערנאָך, איבער עפּעס געוויסע סיבות, זיך אַ העכערונג פאַרדינט, באַקומען אַ שטעלע ערגעץ אין אַ רוסישער שטאָט אין דער שטאָט־פאַרוואַלטונג, דערנאָך, מע ווייסט ניט פאַרוואָס, ווידער אַהער, אין דער היגער געגנט, איבערגעפירט געוואָרן אין אונדזער שטאָט N און אויך דאָ אין דער אופּראַווע.

דאָס איז, מעגלעך, מיט אַ געוויסן מיין פון דער הויכער מאַכט געטאָן געוואָרן, כדי אים, סווענטיסלאַווסקין, דאָ, אין פּריצים־געגנט, אונטער דער האַנט צו האָבן. באַזונדערס די לעצטע צייט פון נאָכן אויפשטאַנד, ווען די אויפזיכט אויף פּריצים האָט זיך געשטאַרקט, האָט זי אים, מעגלעך, געוויסע געהיימע שליחותן אויסצופילן איבערגעגעבן, מחמת ער איז שטאַרק אויסגעקאָכט צווישן פּריצים. מעגלעך...

ער איז געווען האַלב־ליגנער, האַלב־מאַרשאַלעק, האַלב־פאַט, האַלב כיטראַק. פון יענע פּאַרשוינען, וואָס קאָנען לייכט קריגן איינגאַנג און צוטרוי ביי יעדן, און אַזוינער, וואָס פּריצים האָבן ליב: אַ געטרייער פלאַש־ברודער, וואָס וואו אַ הולקע אין אַ וואָסער־ניט־איז געזעלשאַפט, איז ער דאָ: מיט רוסן — געברודערט, מיט פּאָליאַקן — איינס, מיט וועמען ער האָט היינט געטרונקען, פאַר די האָט ער פון די נעכטיקע געלאַכט; דאָס לעצטע ווערטל, דעם לעצטן אַנעקדאָט, אַלע סקאַנדאַליעזע געלט־ פאַמיליע־ און ליבע־געשיכטעס פון יעדן איינעם פון די פּריצים אין היגער געגנט געוואוסט, מיט יעדן פּאַני־בראַט און מיט־טרינקער, און די צווייענדיקע פאַמיליע און די אומבאַשטימטע נאַציאָנאַלע אָנגעהעריקייט האָט אים געדינט, ער זאָל אין יעדער סאָרט געזעלשאַפט, סיי ביי די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע־לייט, סיי ביי די אָנגעעזענע פּאָליאַקן פון געגנט, פאַר אַ זייעריקן פאַררעכנט ווערן.

מע האָט אים געזען אומוואַנדלען, ווי וואַנדל־גראָז, פון איינע צו די אַנדערע. יעדער איינעם האָט ער געהאַט אויפן אויער וועגן אַנדערן וואָס איינצוראַמען. פאַר יעדן, וואו ווען מע האָט באַדאַרפט, האָט ער געהאַט דאָס פּאַסיקע ביסל חניפה פאַרגרייט. דערום אַלע טירן פאַר אים אָפן, אַלע בייטלען פאַר אים אויפגעשנורעוועט, אַלע סודות גרייט פון אים אויפגענומען ווערן, און אַלע אויערן, וועלכע דאַרפן, טאָרן די סודות ניט פאַרנעמען, גרייט אין זיי אַריינצוזאָגן, איבערצוגעבן ווערן...

ס׳וואָלט אים געפּאַסט זיין אַ פּריצישער פּריזשיוואַלעק, אַ באַשטענדיקער קעסט־עסער ביי איינעם אָדער ביי עטלעכע פריינט מעצענאַטן פון דעם מין, און פון הויף צו הויף ליידיק־צייט־פאַרברענגעריש אַרומצופאָרן. ער האָט אָבער, ווייזט אויס, זיך אין שטאָט צו גוט איינגעלעבט. ער האָט אין איר ↰ 256 אַ גאָר גוטן טעם געפילט, און אויך אין זיין שטעלע אין שטאָט, וואָס אין דער אמתן איז זי אים, ווייזט אויס, געגעבן געוואָרן גאָר לפּנים, ווייל ביי דער אַרבעט האָט מען אים זעלטן ווען געזען, און, ווי ס׳ווייזט אויס, האָט מען פון אים אויך ניט געפאָדערט, ווי פון קיין אָנגעשטעלטן; און דער עיקר־עובדה זיינע איז געווען — אומצושנאָרן, אויסצושמייען, אין אַלע שפּיץ־געזעלשאַפטן אַן אייגענער זיך אַריינצודרינגען, אַן אויער צולייגן, אַן אויג האָבן, צווישן פּריצים, — איז פּריצים, צווישן אַנדערע, — איז אויך אַנדערע, און וואו ער אַליין, וואו זיין אייגנטלעכע וועלט האָט געשמעקט, איז ניט געווען צו וויסן, צו דערקענען: אַז מע וויל — אַ פּאָלאָניזירטער רוס, אַז מע וויל — אַ רוסיפיצירטער פּויל, און דער עיקר גרייט ביידע פאַר אַ טרונק אָדער פאַר עפּעס מער צו פאַרקויפן.

ער פלעגט אָפט פאַרשוואונדן ווערן פון שטאָט און אייניקע טעג אויף דער פּראָווינץ פאַרברענגען, אַמאָל ביי איינעם, אַמאָל ביי אַן אַנדערן פון זיינע לאַנגאָניקע באַקאַנטע טרינק־ברידער און קאָרטן־שפּילער. באַזונדערס אָבער, ווען וואו ס׳איז אַ פריילעכע זאַך פאָרגעקומען, אַן איינציקער גאַסט פון דער פּראָווינץ אַמאָל, אָדער ,ווען ס׳פלעגן זיך עטלעכע געסט צונויפקומען, בפרט איצט, אויפן יאַריד, ווען אַזאַ סך זיינען זיך צונויפגעגאַנגען, איז דאָך אוודאי ניט שייך אָן אים, אָן סווענטיסלאַווסקין. און אָט איז אויך ער, ליסיצין־סווענטיסלאַווסקי, אויף יענער שמחה.

* *
*

שוין גלייך, ווי נאָר ס׳האָט זיך אָנגעהויבן, ווען נישט אַלע געסט אַפילו זיינען זיך נאָך ניט געהאַט צונויפגעגאַנגען, אַזוי איז שוין דער גראַף קאָזעראָגע, וועלכער האָט, אַפילו ניט טרינקענדיק, אויסגעזען באַטרונקען, אָדער אפשר האָט ער טאַקע שוין פון פריער ערגעץ אַ קליינע כוסה געכאַפּט, — שוין דעמאָלט האָט דער יונגער גראַף יעדעס מאָל, ווען דער באַלעבאָס, נתן־נאָטע, האָט זיך צו די פאַרזאַמלטע פּריצים באַוויזן אויף דער שוועל עפּעס צו ברענגען אָדער עפּעס אַוועקצוטראָגן, ווי ס׳האָט זיך געפאָדערט פון באַדינונג, האָט ער אים יעדעס מאָל מיט אַ שיכורן פינגער אַ וואונק געטאָן, ער זאָל צו אים צוגיין, ער דאַרף אים עפּעס האָבן — האָט עס געהייסן, און אַז יענער איז צו, האָט אים דער גראַף אַלעמאָל מיט אָפן שיכורער פאַראַכטונג, גלייך ער ווענדט זיך ניט צו קיין מענטשן, צו זיין גלייכן, נאָר צו אַ היימישער מין חיה, וועלכע מע וואָלט אויסגעדרעסירט, אַ זאָג געטאָן:

— אַנו, נאַטאַן, זאַספּיעוויי מי טאָן פּיאָסענקע... יאַק סיע נאַזיוואַ... — און ער האָט זיך בשום־אופן ניט געקאָנט דערמאָנען דאָס, וואָס ער וויל פון אים, יענע ליד, וועלכע ער האָט געמיינט, און געמיינט האָט ער דאָס ליד, וועלכע אַלע פּריצים פלעגן פאָדערן פון זייערע אונטערגעוואָרפענע יידן, ווען ↰ 257 זיי, די פּריצים, אויפגעלייגט, און יידן זיינען געצוואונגען געווען, מחמת אָפּהענגיקייט און מורא האָבנדיק אָפּצוזאָגן, זיי צו זינגען. דאָס מיינט מען דאָס באַוואוסטע שבת־ליד, דעם „מה־יפית”.

יעדעס מאָל האָט זיך נתן־נאָטע מיט אַן אַנדער תירוץ אויסגעדרייט, פריער כלומרשט, ניט וויסנדיק, וואָס יענער מיינט, אַן אַנדערשמאָל, — אים צוזאָגנדיק, אַז שפּעטער, שפּעטער... אַ דריט מאָל מיט בקשה און גרויס פאָרזיכטיקייט זיך אַרויסגעריסן פונעם גראַפס האַנט, וועלכע האָט זיך שוין צו זיין קאַפּאָטע געשטרעקט, צו זיין באָרד און פּאות און אים אַזויערנאָך געוואָלט פאַרהאַלטן.

ס׳האָט שוין פון אָנהייב אָן געהאַלטן דערביי, אַז גאַרלעצקי דער פּריסטאַוו, וואָס מע ווייסט ניט אַקוראַט, צי די עלטערע נאַטשאַלסטווע האָט, וויסנדיק, מעגלעך, פונעם פּריצישן צוזאַמענקום, אים געשיקט אַהער, ווי זי טוט כסדר, כדי צו האָבן אַ וואָסער־ניט־איז אויג פון אירן אַ באַאַמטן אויף אַלע וויכטיקע צוזאַמענקונפטן; צי אפשר איז דאָס זיין אייגענע איניציאַטיוו; אפשר איז ער אויף אייגענער אחריות געקומען, פילנדיק אַ טרונק, וואָס וועט אים פון הינטנאַרום (ווייל אין שטוב, צו די פּריצים אַליין, האָט ער ניט די העזה און ניט קיין פולמאַכטן געהאַט אַריינצוקומען) דערלאַנגט ווערן פון באַלעבאָס פון איינפאָר־הויז, פון נתן־נאָטען, ווען ער וועט שטיין הינטער דער טיר, און אַמאָל, ווען ער וועט זיך דערלויבן די טיר עפענען, אַהין דעם קאָפּ אַריינשטעלן און מע וועט אים באַמערקן, וועט אַ פּריץ אים דערלאַנגען; מעגלעך אויך אַז דאָס האָט גאַרלעצקין ליסיצין־סווענטיסלאַווסקי איינגעלאַדן, — צי צוליב עפּעס אַ געוויסן מיין, וואָס ער האָט געהאַט דערביי, צי אפשר גאָר אָן אַ מיין. דאָס לעצטע, דאָס הייסט די השערה, אַז גאַרלעצקי איז פון סווענטיסלאַווסקין איינגעלאַדן געוואָרן, לייגט זיך אויפן זינען און האָט דאָס מאָל אַ געוויסן גרונט געהאַט. ווייל דאָס מאָל, האָט מען באַמערקט, האָט די גאַנצע צייט פון דער הוליאַנקע סווענטיסלאַווסקי געהאַלטן אין איין אין זינען האָבן און אַלע וויילע גאַרלעצקין דורך אַ האַלב־געעפנטער טיר אַ כוסה נאָך אַ כוסה אַרויסדערלאַנגען.

יאָ, ס׳האָט שוין געהאַלטן דערביי, אַז גאַרלעצקי דער פּריסטאַוו, דער, וואָס מיט דעם קאַרק אין דריי פאַלדן, דער מיטן אַרויסטאַרטשענדיקן בויך־באַראַבאַן, וועלכער האָט כסדר געשוויצט, באַזונדערס, ווען ער האָט געהאַט אַן אַמטלעכע שליחות אויסצופילן, ווי אויף אַ פּאַראַד אַמאָל, אָדער אויף דער וואַך ביי אַן עלטסטן, און וואָס האָט זיך כסדר דעמאָלט מיט אַ טיכעלע אונטער דעם פליישיקן קאַרק דעם שווייס געמישט, — האָט שוין געהאַלטן דערביי, אַז גאַרלעצקי, וואָס איז פריער פאַר מורא און, ווי געזאָגט, קיין פולמאַכטן נישט האָבנדיק, הינטער דער טיר געשטאַנען און אינעווייניק קיין העזה ניט געהאַט אַריינצוקומען, האָט איצט, גלייך שוין ביים אָנהייב, דערהערנדיק, וואָס ↰ 258 אין צימער טוט זיך, און מיינענדיק, אַז פון אינעווייניק וועט אים קיינער ניט באַמערקן, האָט זיך איצט שוין אַלע וויילע דערלויבט אַמאָל די טיר נאָר וועדליק אויף אַ קוק צו טאָן אויפצועפענען, און אַמאָל אויך דעם קאָפּ אַריינצושטעקן.

אמת, ער האָט אַ טעות געהאַט! ס׳האָט נאָך דאָך ניט געהאַלטן אַזוי ווייט, אַז מע זאָל אים לחלוטין ניט באַמערקן, און יעדעס מאָל האָט אים פאָרט אַן אַנדערער דערזען. מע האָט אויף אים אַ שפּאַסיקן קוק געטאָן, ווי אויף אַ קאַץ, ווען זי ווייזט זיך אומגעריכט און טוט שטיל אַן עפן אַ פאַרמאַכטע טיר, מע האָט אַ זאָג געטאָן: פּרסס... און ער האָט גלייך די אויגן און דעם קאָפּ אַוועקגעכאַפּט און די טיר איילנדיק צוריק פאַרמאַכט.

דאָס איז פאָרגעקומען שוין צום אָנהייב, ווען אַלע געסט זיינען נאָך ניט געווען. שפּעטער אַ ביסל זיינען איינער נאָך איינעם פּריצים, איינגעלאַדענע אין יענעם אָוונט אָנטייל צו נעמען און צוזאַמען פאַרברענגען, זיך צונויפגעקומען. אייניקע ניכטער, אַנדערע, — פון זייערע צימערן אַרויס פון דער זעלבער אכסניה, אָדער פון אַנדערע איינפאָר־הייזער קומענדיק, שוין האַלב באַטרונקען.

צווישן זיי אויך דער אונדזער, פון אַ פריערדיק קאַפּיטל באַקאַנטער, רודניצקי, וואָס האָט ניט נאָר צווישן סוחרים, נאָר אויך צווישן פּריצים קיין איבעריקן סאָלידן אָנזען און נאָמען ניט געהאַט. ער איז יעדעס מאָל, אין זיין געזעלשאַפט אַפילו, אויפגענומען געוואָרן נישט מיט איבעריקן צוטרוי — נישט צו זיין וואָרט, נישט צו זיין צוזאָג, צי אַפילו גלאַט צו דעם, וואָס ער האָט ווען צווישן אַנדערע אין אַ געשפּרעך זיין וואָרט אַריינגעשטעלט. מע האָט אים ווי געקוקט אויף די פינגער, נישט גלייבנדיק זיינע הענט, אַז זיי קאָנען ניט אַמאָל עפּעס אַוועקנעמען, ווען נאָר ס׳לאָזט זיך, ווען אַ גוטער צופאַל, ווען מע קאָן האָפן, אַז ס׳וועט צו קיין זיכערן דורכפאַל און סקאַנדאַל ניט קומען.

דאָס מאָל האָט אים דער ערשטער באַגעגנט דער באַלעבאָס און דער הויפּט־שולדיקער אין דער שמחה, דער פון לכתחילה אַן אויפגעהיצלטער און שיכורלעך־אויפגעלייגטער גראַף קאָזעראָגע; ער איז מיט שאַרפּענדיקע פיס און האַלב שוין געליימטן גאַנג אים אַנטקעגן געגאַנגען, מיט זיין אָפּגעצערט־געפּודערטער צורה, און האַלטנדיק דאָס הענטל פון לאָרנעט האַלב־שלאַבעריק, האַלב־נאָכלעסיק, האָט ער אויפן אַריינקומענדיקן צוערשט אַ גלייכגילטיקן קוק געטאָן, און דערנאָך צו אים אַזאַ שטיק שפּאָט אַרויסבאַוויזן, ווי צו אַ פּאַרשוין, וואָס ערנסט, — אַפילו פאַראַכטנדיקער ערנסט, — איז שוין פאַר יענעם אַ צו גרויסער כבוד און קאָסטבאַרע מטבע, און דאָס איינציקע, מיט וועלכן מע קאָן אים באַגעגענען, איז מיט שפּאָט און גרינגשעצונג: שוין פון ↰ 259 יענער מדרגה, וואָס באַווייזט, אַז בכלל מאַכט מען זיך פון אַזוינע קיין וועזן, ווייל אין קיין רעכענונג מאַכן זיי קיין מינדסטן גרייס ניט אויס...

ער איז צו אים צוגעגאַנגען אינמיטן זיין שאַרפּענדיקן גאַנג, ווי ניט צו אים גייענדיק, און ווי צופעליק אָנשלאָגנדיק זיך מיט אים, האָט אים אַ פאַראַכטנדיק קליין קלעפּעלע געטאָן מיט דער דלאָניע פון דער לינקער האַנט אויפן שטערן.

— האַ, זע, רודניצקי, — האָט ער געזאָגט, — דאָס ביסטו?!

— פאַנאָוויע, — האָט ער אויסגעשריגן, — זעט, דאָס איז דאָך ער, דער, יענער, רודניצקי... וואָס, ווי מע זאָגט, דאַכט זיך, שפּילט ער אין קאָרטן און צאָלט קיין קאָרטן־געלט, האָט אַ געליבטע און האָט זי ניט מיט וואָס אויסצוהאַלטן, לייט געלט ביי יידן און צווינגט זיי מיט פּיסטאָלעטן, זיי זאָלן אים די וועקסלען אָפּגעבן. דאָס איז דאָך ער, פּאַנאָוויע. דער, יענער, וועלכער...

דערביי האָט ער זיך מיט אַ האַלב שוין געליימטער צונג פאַרפּלאָנטערט און האָט נאָר פאַרענדיקן געקאָנט מיט אַ שטיל אומזיניק כיכיקעריי אָן טעם און מיט אַ פוילן מאַך מיט דער לינקער לעפל־האַנט, מחמת ניט קאָנענדיק דאָס לעצטע וואָרט, דעם לעצטן געדענק אַרויסברענגען.

— כי־כי־כי, — האָט ער שיכורלעך־שלאַבעריק מיט דער האַנט געמאַכט און דערביי זיך אָנמעכטיק פאַרהוסט און אין לעכלדיקן שטילן הוסטן זקניש עובר־בטליש זיך פאַרגאַנגען.

אַן אַנדערער אויף רודניצקיס אָרט, אַ מענטש מיט מער ערע, אַ מענטש, וואָס פילט, אַז בנוגע אים קאָן קיין באַליידיקנדיקע באַציאונג ניט אָנגיין, וואָלט געוויס אויף אַזאַ באַליידיקונג, אַפילו ווען זי וואָלט אים געקומען, ווי איצט רודניצקין, אין אַ שפּאַס־פאָרם, אַנדערש געוויס רעאַגירט. רודניצקי אָבער, וואָס דאָס, וואָס איז אים דאָ געזאָגט און אויסגעוואָרפן געוואָרן, האָט ער ערלעך פאַרדינט און ס׳איז אים אָרנטלעך, לויט זיינע פאַרדינסטן טאַקע, געקומען, האָט געמוזט דאָס געזאָגטע אַראָפּשלינגען, אָן קיין שום ווידערשטאַנד און אָן שום מינע צו מאַכן, אַז ער האָט די באַליידיקונג גאָר אַפילו איינגעהערט.

ער האָט שוין געוואָלט אין אַ זייט אָפּגיין, צווישן אַן אַנדער רעדל, צווישן וועלכע דער גראַף האָט זיך ניט געפונען, זיך אַריינדרייען, זיך מאַכן פאַרגעסן, און דאָס געזאָגטע, ווי פאַרביי אויער, דורכלאָזן. האָט אים אָבער יענער, דער גראַף, נאָכן אָפּהוסטן און נאָכן זקניש־עובר־בטלישן לעכעלן אויך אינעם צווייטן רעדל אָפּגעזוכט, און ווידער אויך פאַר יענע איבערגעחזרט דאָס, וואָס דאָס ערשטע מאָל, ווען ער האָט רודניצקין אַליין באַגעגנט, און דערביי נאָך צוגעגעבן:

— ער זעט, פּאַנאָוויע, אַז רודניצקי האָט זיך באַליידיקט, איז אויב אַזוי, אויב ער איז נאָך דערויף פייאיק, איז נאָך ניט אַלץ פאַרפאַלן, און ער איז גרייט אים מיט זיין פולער גראַפישער ערע באַפרידיקן: מיט אים אויף דועל ↰ 260 און אויף פּיסטאָלעטן, און זאָל זיך רודניצקי דאָ, אויפן אָרט טאַקע, זיינע סעקונדאַנטן אויסקלייבן.

דערביי האָט דער גראַף פון אַ הינטערשטער הויזן־קעשענע אַ פּיסטאָלעט אַרויסגעצויגן, אים פאַרן רעדל פּריצים באַוויזן, אים פאַר רודניצקין עטוואָס לענגער געהאַלטן... און אויך דאָס האָט רודניצקי געמוזט אַראָפּשלינגען, טרייסטנדיק זיך מיטן פאָרמעלן תירוץ, כלומרשט, אַז ווי אַלע זעען, איז דער גראַף באַזויפן און פון אַ באַזויפענעם איז ניט צו פאָדערן און אין אַזאַ שטאַנד איז מען פאַר גאָרניט פאַראַנטוואָרטלעך.

אין דער אמתן איז שוין דעמאָלט נישט נאָר דער האַלב־קראַנקער, שוואַכזיניקער יונגער גראַף נישט פאַראַנטוואָרטלעך געווען, נאָר אויך אַלע בייוועזנדיקע, וועלכע האָבן שוין היפּש געהאַט אויסגעטרונקען, און ווי דאָס איז צו זען געווען צוערשט פון דער אומאָרדענונג אויפן טיש, דערנאָך אויף די פּנימער פון די, וואָס זיינען ביי אים געזעסן, ווי אויך ביי די, וואָס האָבן זיך שוין אויפגעהויבן, אַרויסגעגאַנגען פון הינטער אַרום, און אינצווייען, דרייען, און אין רעדלעך און בינטלעך זיך געזאַמלט און זיך פריילעך אונטערגעהאַלטן.

ס׳האָט זיך שוין דעמאָלט אַלעמאָל אַן אַנדער שיכורן עפּעס אַנדערש זיך פאַרגלוסט. איינער איז שוין אַלעמאָל אויף אַ בענקל געקראָכן, זיך געוואָלט אַרויפשטעלן דעם הענגלאָמפּ אויסלעשן און, נישט באַוואוסט פאַרוואָס, צו בלייבן אין דער פינצטער. און אַז ס׳האָט זיך אים ניט איינגעגעבן צום לאָמפּ קומען, האָט ער כאָטש די ליכט געלאָשן.

אַן ענדערן, פאַרקערט, איז די ליכט געווען ווייניק, און ער האָט געשריגן, מע זאָל וואָס מער אָנצינדן. — ליכט, לאָמפּן, און אויב ס׳איז ניטאָ, זאָל מען — וואָס איז? פאַרוואָס ניט? — די גאַנצע שטוב אָנצינדן, ס׳זאָל ברענען, און די גאַנצע גאַס, די גאַנצע שטאָט מיט דעם גרויסן יאָר־יאַריד באַלויכטן.

— ער באַצאָלט! — האָט ער אויסגעשריגן. — ער נעמט אויף זיך די היזקות, סיי אויב ווער פון די דאָ אָנוועזנדיקע וועט ליידן, און סיי אויב די, וואָס ניט דאָ, ווער נאָר ס׳נעמט אין יאַריד אַן אָנטייל, ווייל נישקשה, — האָט ער ווייטער געשריגן, — זיינע קאַפּיטאַלן און מאַיאָנטקעס וועלן אים קלעקן.

אַ דריטער האָט, דערהערנדיק דעם צווייטן, אַז ער צאָלט, האָט שוין פאַר אַ פערטן זיך געקלאָגט, אַז ער האָט שוין טאַקע אָפּגעברענט, אַז ער איז אַ געליטענער, אַז ער איז פון דער שרפה, פונעם יאַריד, הייסט עס, אַרויס אַ הוילער און אַ בלויזער; ער האָט נישט מיט וואָס אַהיים צו קומען, ס׳איז אויף אים אַ ווילד רחמנות, פּריצים דאַרפן עפּעס זען טאָן, זיין נאָמען און ערע אונטערהאַלטן, ווייל אַז ניט, וועלן אַלע פּריצים ליידן בזיונות און אַלעמענס נאָמען וועט פאַרפלעקט און אונטערגעריסן זיין.

אין שטוב האָט גרויס טומל געהערשט, און די שיין פון לאָמפּ האָט גענומען טונקל ווערן פון פול־געפּאַקטקייט, וואָס די שטוב איז געווען צו ענג זיי אַלע ↰ 261 אַריינצונעמען, פון דער לופט־געדיכטעניש, פון וויין און ציגאַרן־ריחות.

אייניקע האָבן שוין די קאָלנערס געוואָרגן, און זיי האָבן זיך פון היץ צעשפּיליעט, אַנדערע האָבן שוין געזוכט די טיר אויף אַרויסגיין, אַ ביסל לופט כאַפּן און זיך אויך באַפרייען פון דער ניטגוטקייט, וואָס איז זיי צום גאָרגל צוגעטראָטן, שוין צום ברעכן; אַנדערע האָבן שוין געפּרואווט דאָס לעצטע אין אַ ווינקל אין שטוב אָפּצוטאָן... און, פאַרקערט, אַנדערע, באַזונדערס די שפּעטער אָנגעקומענע, איז נאָך דאָס אויסגעטרונקענע ווייניק געווען, און זיי האָבן געפאָדערט פון די, וואָס האָבן באַדינט און צום טיש דערלאַנגט, ווי פונעם באַלעבאָס, פון נתן־נאָטען, וואָס ער האָט זיך איצט שיטערער אין שטוב געוויזן, מורא האָבנדיק פאַר די שוין האַלב ווילד־געוואָרענע פּריצים אין די אויגן זיך וואַרפן, און ער האָט שוין געשיקט אַנדערע, — משרתים, דינסטן אויף זיין אָרט, — יענע האָבן געפאָדערט, אַז מע זאָל נאָך און אַלץ אויפסניי דערלאַנגען.

פאַרשיידענע וויינען אין פלעשער, אין בוטליעס, היגע און אויסלענדישע מאַרקעס, זיינען אויפגעגעבן געוואָרן, און אייניקע קענער פון יענעם מין, פונעם טרונק, וואָס מאַכן עס אויך אין דער היים אָפט, האָבן זיך געקליגט און געמישט, באַשטעלט ביי די משרתים, אַז יענע זאָלן צוזאַמענמישן מין מיט מין, מין מיט נישט מין פאַרשיידענע סאָרטן גלי־וויינען, פּונשן, וואָס מער, וויפיל מע האָט געטרונקען, האָט זיך שוין אויפן טיש, אויפן דיל געגאָסן. די הנאה פון דעם אַלעם ווייניק, דערפאַר אָבער דער טומל ביז דער סטעליע, און ער האָט געזוכט אַן אָרט דורך דער סטעליע אויפן דאַך אַרויפקומען.

גאַרלעצקי דער פּריסטאַוו, וואָס אַלעמאָל איז אים אַן אַנדער גלאָז פון אַן אַנדער מין און סאָרט אונטערגעטראָגן געוואָרן, פונעם באַלעבאָס פון הויז, אויך — און דער עיקר — פון ליסיצין־סווענטיסלאַווסקין, וואָס ער האָט אים איבער עפּעס, ווייזט אויס, די גאַנצע צייט אין אויג געהאַט, אים ווי אָפּגעהיט אויף ווען ער וועט אים דאַרפן, — גאַרלעצקי דער פּריסטאַוו, וואָס האָט שוין אַזויפיל אין זיך, פון יענער זייט טיר שטייענדיק, אַריינגעגאָסן, זיך אָנגעזשליאָקעט מער פון אַ האַלב צענדליק געסט געוויס און וואָס דער זויף האָט זיך שוין שטאַרק אָנגעזען אויף אים, דער עיקר אויף זיין טיכל, וואָס ער האָט מיט דעם די גאַנצע צייט דעם שווייס געווישט, פריער פון וואַך־אייפער, ווי ס׳געשעט מיט אים באַשטענדיק, און איצט אויך פון היץ און פון וויין, — ער, גאַרלעצקי, האָט שוין איצט, דעם טומל אין שטוב זעענדיק, זעענדיק, אַז ס׳באַמערקט אים שוין קיינער, האָט זיך שוין איצט דערלויבט די טיר שוין אַ ביסל אָפן האַלטן און אַלעמאָל, ווען ס׳האָט זיך אים פאַרוואָלט, דעם קאָפּ אַהין אַריינגעשטעלט.

קיינער האָט אים שוין טאַקע ניט באַמערקט, אויסער נאָר, ווי געזאָגט, סווענטיסלאַווסקי, וואָס האָט די גאַנצע צייט געהאַלטן פון איין רעדל צו אַנדערן ↰ 262 צוגיין, אומעטום אַ וואָרט אַריינגעשטעלט, כדי צו ווייזן, אַז ער נעמט אָנטייל אין טומל, אין די געשפּרעכן; אין דער אמתן אָבער האָט ער, כמעט נישט הערנדיק, וואָס ער האָט נאָר־וואָס געזאָגט אין דעם ערשטן רעדל, שוין אַן אויער צוגעלייגט צו אַ צווייטן, זיך פון ערשטן אָפּגעקערעוועט און אינעם צווייטן אַריינגעזאָגט, כדי אויך באַלד פונעם צווייטן זיך אָפּקערעווען.

דערביי זיינען ביי אים די אויגן, ווי ביי אַ מויז, אומגעלאָפן, געזוכט, גענישטערט, ווי אויף עפּעס זיך צו פאַרהאַלטן, און וואו נאָר זיין אויער האָט געכאַפּט עפּעס אַזוינס, וואָס האָט זיך אים געדאַכט וויכטיקס, אַהין האָבן זיך אויך באַלד גלייך זיינע אויגן נאָכגעווענדט.

כאָטש אויך ער האָט געטרונקען, אָבער דאָך אין אַזאַ מאָס, און אויף אַזויפיל נאָר, אַז ער זאָל נאָך די מעגלעכקייט האָבן ניכטער צו זען און הערן אַלץ, וואָס אין שטוב און אין גרויסן טומל קומט פאָר, וואָס ס׳ווערט פון וועמען ווען געזאָגט אָדער אויסגעשריגן, — אויפצוכאַפּן, צו פאַרגעדענקען און אין זכרון פאַרנאָטירן.

דערביי האָט זיך אַ ספּעציעלע קונסט געפאָדערט: אי ניכטער זיין, אי צו האָבן געטרונקען, אי זיך מאַכן ניט הערנדיק, אי הערן, אַז אַנדערע זאָלן ניט באַמערקן. דערויף אָבער איז ער געווען ער — סווענטיסלאַווסקי, דערויף באַרופן, ווייזט אויס, פון דער נאַטור, און אויך מחמת דעם, אַפּנים, ווייל זיינע אינטערעסן האָבן דאָס פון אים געפאָדערט. די מלאכה איז געווען אַ שווערע, אָבער אין גרויסן טומל, וואָס האָט שוין דעמאָלט געהערשט, אין דער אַראָפּגעזעצטער האַלב־טונקעלער שיין, אין דער אומאָרדענונג און שיכורן הו־האַ, איז דאָס שוין, אין אַ געוויסער מאָס, געווען גרינגער דורכצופירן.

פּריצים זיינען שוין געווען אַזוי פאַרטראַסקעט, אַזוי איבערפולט און איבערגעזויפן, אַז אייניקע האָבן זיך שוין אויף די גלייכע ווענט געדראַפּעט, געמיינט אין שיכורן צושטאַנד, אַז זיי געפינען זיך אין דער היים און אַז זיי קלעטערן אויף די העכערע עטאַזשן אַרויף צו זיך אין די צימערן, וועלנדיק זיך אין די בעטן לייגן און אָפּרוען.

אַנדערע, מער קרעפטיקערע, וואָס האָבן זיך נאָך אויף די פיס געקאָנט האַלטן, אָבער וואָס די קעפּ האָבן זיי שוין שווער געדינט, האָבן איינער פאַרן אַנדערן גערעדט, געטענהט, און איינס דאָס אַנדערע ניט פאַרשטאַנען, ווייל די צונגען זיינען ביי זיי געווען פאַרשיידענע און, בעבענדיק און טעלעפּענדיק, האָבן אַרויסגעבראַכט אומזיניקייטן.

אייניקע האָבן זיך פאַר באַקאַנטע און אומבאַקאַנטע באַרימט מיט זייערע גליקן, מיט זייערע רייכטימער, און כאָטש שיכור, דאָך פּריצישן פאַסאָן געהאַלטן. אַנדערע, פאַרקערט, האָבן אין צושטאַנד פון אָפנהאַרציקייט אַרויסגעלייגט און אויסגעבעבעט דאָס, וואָס ניכטערערהייט האַלט מען עס בסוד און אונטער זיבן שלעסער — זיך געקלאָגט אויף באַלדיקן באַנקראָט אָדער ↰ 263 ערב־באַנקראָט, און אַלס אַ ראיה דערצו, האָבן זיי פאַר די, פאַר וועלכע זיי האָבן זיך געקלאָגט, איבערגעקערט די קעשענעס אויף דער אַנדערער זייט, באַוויזן, אַז זיי זיינען ליידיק, כאָטש גיי, הייסט עס, לאָז זיך איבער די הייזער...

בכלל האָט מען געזען, און מער ווי געזען ,געפילט, אַז ביי פּריצים איז אויפן האַרצן עפּעס אָנגעזאָלעט. ווען ניכטער, נאַטירלעך, וואָלטן זיי דאָס ניט אַרויסגעוויזן, איצט אָבער איז, לויט פיל סימנים ,דאָס קלאָר געווען צו דערקענען.

אַזוי, למשל, האָט דער פירשט דעניקע, דער געוויסער חזירים־ציכטלער, וואָס האָט אַ ביסל אַליין אויך אויסגעזען אַזאַ: פעט און קורץ־האָריק, נידעריק געשוירן, — האָט די גאַנצע צייט, נאָך דעם, ווי ער איז אונטער דער ווירקונג פון די אויסגעטרונקענע כוסות אַרונטער, געהאַלטן דעם קאָפּ אויף איין זייט אויפן טיש אָנגעשפּאַרט, געלעגן און געקרעכצט ווי אַ חזיר, וואָס דאָס פעטס איז אים אונטערגעגאַנגען. וויפיל מע האָט אים ניט געשטורכעט, געפּרואווט אים פון אָרט רירן, ער זאָל זיך אויפשטעלן, זיך אויפהייבן, האָט ניט געוואָלט, און יעדעס מאָל נאָר האָט ער, ווי אַ קראַנקער חזיר, ווען מע רירט אים, מע טאָרקעט אים, פון בויך אַ כריוק אַרויסגעלאָזט. דאָס הייסט, ער הערט, אָבער רירן זיך פון אָרט וויל ער ניט, קאָן ער ניט, איז ער ניט בכוח.

דעם גראַף געדרויץ האָט זיך די גאַנצע צייט אַ קאָשמאַר געדאַכט, אַז ער שפּילט אין קאָרטן, אַז ער האָט שוין אַלץ פאַרשפּילט, און איצט מוז ער דאָס איינציקע, די געליבטע שקאַפּע אין קאָן איינשטעלן — זיין לעצט, זיין איינציק ציטעריק שטיק מזל, וואָס זיין גאַנץ גליק און גורל הענגט איצט אָפּ פון דעם. און אָט פירט ער דאָס אַרויס, דאָס פערד, פאַר פּריצים, וועלכע האַלטן מיט אים אינמיטן דער שפּיל: טפּררר. ער האַלט דאָס פאַרן צוימל, בלייבט מיט דעם שטיין, מע זעט, די אויגן קריכן אים פון קאָפּ; די האַנט, וואָס האַלט דאָס צוימל, ציטערט: טפּררר. ער שטייט און וואַרט, פּריצים זאָלן דאָס באַוואונדערן, און הייסט דערויף קאָרטן געבן, — „גיט קאָרטן!” — האָט ער געשריגן, יאָ, ער האָט דאָס איינגעשטעלט, דאָס איינציקע...

אַזוי דער אַפילו האַלב־קראַנקער קאָזעראָגע, דער אייגנטלעכער שולדיקער אין אָט דער שמחה, וואָס צוערשט איז ער שטאַרק האָפערדיק געווען אויף זיין אופן, ד. ה. אויף וויפיל זיינע שאַרפּענדיקע פיס און האַלב־צוגעשלאָגענער זכרון, טעלעפּענדיק צונג און בלינדלעכער, גאָרניט זעענדיקער בליק האָבן דאָס אים דערלויבט, — ער, וואָס איז צום אָנהייב אומגעגאַנגען מעשה באַלעבאָס, יעדן ניי־אָנגעקומענעם גאַסט אַנטקעגן געגאַנגען, אויפגענומען, שוואַכזיניק זיך געווערטלט, צום טיש איינגעלאַדן, געבעטן טרינקען, ביז ער האָט אין יענעם פאַרגעסן און אַ ניי־אָנגעקומענעם אַנטקעגן געגאַנגען; — אויך ער, דער גראַף קאָזעראָגע, האָט איצט אויסגעזען מיד, טיף אונטערגעבראָכן, די פיס האָבן אים מער ניט געדינט זיך אומצושלעפּן, דאָס מויל — כאָטש וואָס־ניט־איז ↰ 264 אַרויסצוברענגען, און ער איז שוין צעלייגט געלעגן מיט די פיס שטאַרק אויסגעצויגן פאַר זיך אויף אַ שטול, אויף דעם איינציקן ווייכן פאָטעל אין צימער.

ער האָט אויסגעזען קראַנק, בלאַס, גלייכגילטיק צו אַלעם דעם, וואָס ס׳קומט פאַר אים דאָ פאָר; אָבער, אויסער דעם, מיט נאָך עפּעס אַ שטיקל שווערער, שלעכטער שטימונג, אויף וויפיל צו אַזאַ פּאַרשוין קאָנען אויך געוויינלעכע מענטשלעכע שטימונגען צושטיין. די שלעכטע שטימונג האָט זיך אים גענומען, מעגלעך, בכלל פון די געדריקטע געשעפטן דאָ אויפן יאַריד, ווי ביי אַלע היינט, און וואָס דערפאַר, מעגלעך, איז אָט די דאָזיקע שמחה, צוליב צעשטרייאונג, איינגעאָרדנט געוואָרן, מעגלעך אָבער אויך איבער אַן אַנדער וואָסער־ניט־איז סיבה — ווער ווייסט ביי אים, ביי קאָזעראָגען: מעגלעך, פון זיין קרענק, וואָס האָט אים שוין גענומען נאָענט־נאָענט צום האַרצן צוטרעטן, און אויף וויפיל ער איז נאָך פייאיק געווען צו דענקען, האָט ער, אינמיטן די גרעסטע שמחות אַפילו, דעם מוט און דאָס לעצט ביסל קראַפט און קוראַזש פאַרלוירן, אויסן געבליבן, אויסגעשעפּט, און איז ליגן געבליבן מיט אויסגעצויגענע פיס פאַר זיך.

ווי ס׳זאָל ניט זיין, נאָר אויך ער, דער באַלעבאָס אַליין, דער שולדיקער פון דער שמחה, נישט מיט אַלעם. און ביי אַזאַ לאַגע וואָלט אַן אַנדערשמאָל נאַטירלעך געווען, אַז די שמחה זאָל זיך פּאַמעלעך־פּאַמעלעך אויסלעשן, איינציקווייז, איינציקווייז זאָל יעדער איינער פון די געסט, צי פון וועלן אָפּברעכן צי אין אַנדער באַדערפעניש זיך נייטיקנדיק, די טיר געפינען, אַרויסגיין און זיך צוריק מער ניט אומקערן, און אויס, ווי ס׳ענדיקן זיך תמיד אַזוינע סאָרטן שמחות.

האָט אָבער דאָס מאָל געטראָפן, אַז ווי נאָר ס׳האָט שוין טאַקע ביי דעם געהאַלטן, ווי נאָר די פּריצים האָבן זיך שוין טאַקע געהאַלטן ביים צעקריכן, אַזוי האָבן זיי, — ווי באַטרונקען זיי זיינען נישט געווען, באַמערקט ווי איינער אַ זייעריקער, וואָס איז די גאַנצע צייט געשטאַנען און מיט פאַרמאַכטע אויגן זיך עפּעס שיכור־לעמלדיק געשאָקלט מיטן פּנים צו דער וואַנט, אויף וועלכער ס׳איז געהאַנגען דער פּאָרטרעט, וועגן וועלכן מיר האָבן פריער דערמאָנט — דער ביליק־פאַרביקער לובאָק, דער לובאָק מיט דער קייסער־צורה, — אַזוי האָבן זיי באַמערקט, אַז ווי יענער האָט עפּעס פּלוצים דעם קאָפּ אַ הייב געטאָן און דערזען, ווער ס׳הענגט איבער אים. אַזוי האָט ער אַ גיי געטאָן אויף צוריק, עטלעכע שפּאַן, זיך גלייך אַנטקעגן פּאָרטרעט געשטעלט, און אַזוי, שטייענדיק און קוקנדיק אויף אים, האָט ער זיך פּלוצים צעלאַכט: צעלאַכט מיטן פולן מויל, מיטן פּנים און מיט די אויגן, וואָס האָבן זיך אים ווי ניכטער אויפגעעפנט; זיך צעלאַכט אַזוי, גלייך עטלעכע גאָר הענט האָבן אים ערגעץ אין פאַרבאָרגענע ערטער גענומען קיצלען; אַזוי, אַז אַלע האָבן, קוקנדיק ↰ 265 אויף אים, זיך פון זיין געלעכטער אָנגעשטעקט, אַלע האָבן איינער דעם אַנדערן, מיט אַ פינגער אויפן פּאַרשוין און אויפן פּאָרטרעט אָנווייזנדיק ,זיך געקאַטשעט, יעדערנס לאַכנדיק פּנים און טייטלדיקער פינגער האָט דעם צווייטנס געלעכטער געטאָפּלט, געדרייפאַכט און דערפירט דעם אַנדערן צו קראַמף אין בויך; אַזוי, אַז ווער ס׳וואָלט דעמאָלט אָנגעקומען פון דרויסן אין יענער שטוב, אין יענעם צימער אַריין, וואָלט געמיינט, אַז ער האָט אין אַ קרייז וויסטע משוגעים אָנגעטראָפן, פון וועלכע אָדער ער וואָלט זיך דערשראָקן און וואָלט גלייך צוריק אַרויס אין דרויסן, אָדער ער וואָלט זיך אַליין אָנגעשטעקט, און צוזאַמען מיט אַלע משוגע מיטגעלאַכט.

— זע, — האָט יענער, דער ערשטער, וואָס האָט ביים עולם דעם געלעכטער אַרויסגערופן, אויסגעשריגן, — זע, דאָס איז דאָך ער, דער, דער געוויסער קעניג אחשורוש, וואָס פון הודו ביז כוש, אָט מאָזשאַ דאָ מאָזשאַ, פון ווייסן ביז שוואַרצן ים; אויף קאַזאַנער, אַסטראַכאַנער און קרימער כאַנעס; אויף זאַפּאָראָזשער סיעטש; אויף פּוילן, ליטע און זשמוד אונדזערע — איין האַנט, איין אייזערנע פויסט, איין שטיוול, איין סיביר פאַר אַלעמען, איין תליה מיט איין שטריק מיט אַ שלייף פאַר אַלעמען...

ער האָט זיך אָפּגעשטעלט, פאַרהאַקט, דער רעדנער. דער שיכורער געדאַנק האָט זיך אים איבערגעריסן, קיין ווערטער האָבן אים ניט געסטייעט, און ער האָט, מחמת מאַנגל אין געדאַנק און אין וואָרט, פאַרענדיקט מיט אַ שפּיי.

— טפו! טפו! — האָט זיך ביי אַלע, ווילנדיק צי ניט ווילנדיק, אַרויסגעריסן און אַלע האָבן אין כאָר אויסגעשפּיגן — טפו!

פונעם שפּיי און פונעם ערנסט, וואָס האָט דעמאָלט פּלוצים ווי אַלעמען אויסגעניכטערט געמאַכט, האָט זיך אויפגעכאַפּט אַפילו אַזאַ, ווי דעניקע, וועלכער איז די גאַנצע צייט אויפן טיש אָנגעבויגן מיט אַ זייט קאָפּ געשלאָפן, האָט אַ קראַנקן חזיר נאָכגעמאַכט און שווער געאַטעמט, ווי יענער.

ער האָט זיך אויפגעכאַפּט, האָט די אויגן געעפנט און דערזען: אַלע, ווער ס׳האָט פריער געזוכט די טיר אויף אַרויסגיין, אַלע, ווער ס׳האָט זיך פריער אויף די ווענט געדראַפּעט, אויך די, וואָס האָבן נאָך געהאַט, ווי ער האָט געדענקט, געטרונקען, אַליין אָדער אינצווייען, אין קאָמפּאַניעס, — אַלע זיינען איצט מיטאַמאָל, ווי פון אַ קאַלטן שפּריץ דערפרישט, בלאַס, האַלב אויפגעוואַכט געשטאַנען, ניט גערעדט און ניט געזאָגט גאָרניט.

דער ערנסט פון דעם, וואָס אַלע פּריצים האָבן זיך איצט אַנטקעגן פּאָרטרעט געשטעלט, געשטאַנען און נאָר־וואָס אויסגעשפּיגן, האָט ביי אַלע דאָס ווייטערדיקע לשון צוגענומען. נאָך מער: אַלע האָבן זיך מיטאַמאָל, ווי צום שכל קומענדיק, אַפילו אַרומגעקוקט זען, צי ס׳איז ניטאָ צווישן זיי אַזוינער, וואָס זיין אָנוועזנהייט איז ניט איבעריקס אין אַזאַ פאַל געוואונטשן.

↤ 266

אַלע האָבן זיך מיטאַמאָל ווי דערמאָנט אין גאַרלעצקי דעם פּריסטאַוו, וואָס די גאַנצע צייט האָבן זיי שוואַך געדענקט זיין געפינען זיך פון הינטער יענער זייט טיר, און ווען יאָ געדענקט, האָט ער זיי ניט אויסגעמאַכט, עלעהיי אַ הונט דאָרט. איצט האָבן זיי זיך אין אים דערמאָנט, און אפשר ניט אַזוי אין אים, נאָר בכלל אין דער טיר, וואָס ווער ווייסט, ווער ס׳קאָן צופעליק אין איר אַריינקוקן, אָדער גאָר אומגעריכט אין איר אַריינגיין, זיך באַווייזן?

נאַטירלעך, אַז די אייגענע — ד. ה. יענע אַלע, וועלכע זיינען ביי דער נאָר־וואָסיקער סצענע אין שטוב בייגעווען, האָט קיינער ניט חושד געווען, אַפילו ניט סווענטיסלאַווסקין, וואָס ווער ס׳וואָלט אויף אים דעמאָלט אַ רעכט־פאָרשנדיקן בליק געטאָן, וואָלט געזען, אַז חשד בנוגע אים איז שוין דווקא גאָרניט אַזוי איבעריק. אַזוי ווי קיינער אָבער האָט אים, ווי די אַלע אייגענע, אין וועלכע מ׳איז גוט זיכער געווען, אויפן זינען ניט גענומען און צום שלעכטן און צום ערגערן ניט אויסגעטיילט, און אַזוי ווי דאָס פּריצישע בייזע בלוט איז שוין, שטייענדיק אַנטקעגן דעם, אַנטקעגן וועמען זיי זיינען נאָר־וואָס אַרויסגעטראָטן, שוין שטאַרק צעקאָכט געווען; דערמאָנענדיק זיך אַלע עוולות, וואָס איז יעדערן פון זיי אַליין באַגאַנגען געוואָרן, די עוולות בנוגע זיי אַליין, וואָס ביי זיי האָט מען נאָר געוויסע רעכט און פּריווילעגיעס גערויבט, אָבער, סוף־כל־סוף, איז זיי נאָך גענוג און היפּשלעך פאַרמעגן געבליבן; אָבער דער עיקר דערמאָנענדיק זיך אין יענע אַלע, וועלכע זיי האָבן געקענט, געוואוסט, וואָס ניט נאָר זייער פאַרמעגן גערויבט, קאָנפיסקירט און פון דער מלוכה צוגענומען געוואָרן, נאָר אויך זיי אַליין פאַריאָגט, אין ווייטן סיביר פאַרטריבן, אָדער גאָר אַנדערע ,וואָס זיינען צעהאַנגען, צעשאָסן און ביז טויט פאַרשמיסן געוואָרן; דערמאָנענדיק זיך דאָס אַלץ, האָבן פּריצים זיך מער ניט געקאָנט אויפהאַלטן פון פאַראַכטן דעם, וואָס אויף דער וואַנט פאַר זיי, דעם, וואָס איז אויף דער וואַנט געהאַנגען און האָט צו זיי אין קייזערלעכער זיכערקייט אַראָפּגעקוקט, און, ווי זיי האָט זיך געדאַכט, זיך נאָך גערייצט מיט זיי, אַז קיינער פון זיי וועט ניט וואַגן ניט נאָר אים אַליין, דעם לעבעדיקן, נאָר אַפילו אָט דאָס ביליקע געמעל אויף דער ביליקער וואַנט אין דער ביליקער אכסניה אָנצורירן; — אָט דאָס האָבן שוין פּריצים נישט געקאָנט איבערטראָגן, און ווי ניט ניכטער זיי זיינען שוין געווען, האָבן דאָך אַלע מיטאַמאָל ווי זיך אָפּגערעדט, די פויסטן אין דער ריכטונג צום פּאָרטרעט אַ הייב געטאָן, איינער האָט דערביי געדראָעט מיט ווערטער — אים ,דעם פּאַרשוין פון פּאָרטרעט, אין צורה דערלאַנגען, אַן אַנדערער דערמיט — אַז זאָל ער געדענקען, אַז דער משפּט מיט אים איז נאָך ניט געענדיקט, אַז דאָס צעטיילן און באַרויבן פּוילן איז ניט אויף לאַנג, ניט אויף אייביק, און די פאַרגאָסענע בלוטן ניט קיין געשענקטע; און אַ דריטער האָט, מיט דער פויסט אַנטקעגן פּאָרטרעט האַלטנדיק, זיך שוין געהאַט צעזונגען דעם געוויסן „יעשטשע פּאָלסקאַ ניע ↰ 267 סגינעלאַ”... און ס׳האָט שוין געהאַלטן דערביי, אַז באַלד וועלן אַלע דאָס געזאַנג אונטערכאַפּן, און, מעגלעך, דערמיט וואָלט זיך די זאַך געווען פאַרענדיקט און פּריצים וואָלטן דערנאָך, וואָס ווייטער אַלץ מער ניכטער ווערנדיק, נאָך דער נישטיקער וואָרט־מלחמה מיטן פּאָרטרעט, אין אָנמעכטיקייט און פּחדנות די שטוב געווען פאַרלאָזט און אין זייערע צימערן זיך צעקראָכן.

האָט אָבער געטראָפן, אַז אין דעם מאָמענט, ווען יענער, דער זינגער, האָט דאָס ליד פאַרצויגן, אַזוי האָט פּלוצים, — קיינער האָט ניט באַמערקט פון וואו און פונוואַנען, — זיך דערהערט אַ שאָס. ווען אַלע זיינען געפּלעפט און דערשראָקן געבליבן, זיך אַרומקוקנדיק, פונוואַנען גייט ער, פונוואַנען קומט ער, דער שאָס, אַזוי האָבן זיי דערזען, ווי דער יונגער, האַלב־קראַנקער גראַף קאָזעראָגע איז געשטאַנען אַ בלאַסער, מיט איין האַנט אָנגעשפּאַרט אין הענטל פון זיין שטול, און אין דער אַנדערער האָט ער אַ פּיסטאָלעט געהאַלטן. ער האָט שוין איינמאָל, ווייזט אויס, אויסגעשאָסן, און אויך צום צווייטן מאָל האָט ער זיך געפּרואווט דאָס שיס־צינגל מיט אַ שלאַבעריקן פינגער צו ציען און געוואָלט צום צווייטן מאָל דאָס פון אָרט רירן; אָבער צי פון שלאַבעריקייט, צי פון דערשרעק, האָט זיך עס ניט געלאָזט, און אָנשטאָט אַ שאָס פון זיין, פון גראַפס, פּיסטאָלעט, האָט זיך פון אַן אַנדער ווינקל, — נישט וויסנדיק ווידער פון וועמען און פונוואַנען, — אַ צווייטער דערהערט.

אגב, קוקנדיק אויפן גראַף, האָט זיך געדאַכט, אַז פון אַזאַ האַנט, ווי זיינע, אין זיין שטאַנד, אין זיין שלאַבעריקייט, האָט אויך דער ערשטער שאָס ניט געקאָנט קומען, און אַ גרויסע סברה, אַז דאָס האָט עמעצער אַ צווייטער, אים געשאָסן, און דעם גראַפס אויסגעשטרעקטע האַנט נאָר פאַר זיינער אַ שירמע מיטן פּיסטאָלעט דערזעענדיק, פאַר אים און פאַר זיין שלאַבעריקייט אויסאויסגענוצט.

ווי ס׳זאָל ניט זיין, נאָר באַלד האָבן אַלע די אויגן אויסגעקערעוועט אַהין, וואוהין דער שאָס איז געצילט געוואָרן. מ׳האָט דערזען, אַז דער פּאָרטרעט איז אין דער קרוין און אין דער ברוסט געלעכערט, די דורכגעשאָסענע לעכלעך רייכערן זיך נאָך, דער פּאָרטרעט געשענדט און פאַרשעמט, און אויף אַלע פּנימער, דאָס צוקוקנדיק, אַ שטומע אימה.

— פּאַנאָוויע, ווער האָט דאָס געטאָן? — האָט זיך, ווי פון אַ פרעמדן, נישט פון קיינעם פון די בייוועזנדיקע, אַ קול דערהערט, גלייך פון איינעם, וואָס האָט פּלוצלונג, די טיר עפענענדיק, אין שטוב זיך אַריינגעשטעלט.

ווירקלעך: דערהערנדיק אַ שאָס, האָט זיך גאַרלעצקי, ווי פאַרזויפן ער איז ניט געווען פון די פיל כוסות, וואָס ער האָט באַקומען דערלאַנגט סיי פונעם באַלעבאָס נתן־נאָטע, סיי נאָך מער פון סווענטיסלאַווסקין, וואָס ער האָט אים די גאַנצע צייט אונטערגעטראָגן געהיים, הינטנאַרום און אַז קיינער ↰ 268 זאָל ניט זען, — ווי שיכור גאַרלעצקי איז ניט געווען, האָט ער דאָך, דערהערנדיק אַרויסקומען אַ שאָס פון שטוב, ווי אויפגעוואַכט, דער מאַכט־מענטש און אָרדענונג־היטער האָט זיך אין אים אויפגעוואַכט, און ער האָט האַלב־דרייסט, האַלב־דערשראָקן די טיר אויפגעעפנט און דעם קאָפּ אַריינגעשטעקט.

סווענטיסלאַווסקי אָבער האָט, ריכטנדיק זיך דערויף, אים זיין קאָפּ גלייך ביי דער טיר שוין באַגעגנט און אים באַרואיקט. אים געהייסן זי פאַרמאַכן. אַזוי, אַז דאָס קול, אַ סברה, די פראַזע „ווערט האָט דאָס געטאָן, פּאַנאָוויע”, איז גאָר ניט פון גאַרלעצקין, נאָר פון אַן אַנדערן וועמען געקומען.

פּריצים האָבן גלייך פאַרשטאַנען, מיט וואָס דאָס שמעקט, ביי אַלע האָבן די צורות אויסגעזען, ווי איין שולד אויף אַלע, ווייל אַלע טאַקע שולדיק, און אויב דער ערשטער שאָס, האָט מען געמיינט, איז זיכער געקומען פונעם גראַף, איז אין דעם צווייטן, וואָס מע האָט שוין ניט באַמערקט פון וועמען, האָט מען שוין יעדערן פון זיי געקאָנט חושד זיין.

אין דער מינוט אויך, — מע ווייסט ניט ווער, נאָר עפּעס האָט עמעצער אויף אַ בענקל זיך אַרויפגעכאַפּט און די ליכט אויסגעלאָשן — די ליכט פונעם הענגענדיקן בליץ־לאָמפּ, דערנאָך האָבן שוין אַלע, פאַר אומבאַוואוסטער מורא, ווייזט אויס, וואָס האָט אַלעמען אַרומגעכאַפּט, ווער ס׳האָט לעבן זיך אויפן טיש אַ ליכט שטיין געהאַט, אויך זי אויסגעלאָשן.

מע איז געבליבן אין דער פינצטער. מע האָט געקאָנט מיינען, אַז דאָס האָט מען געטאָן צוליב היימלעכקייט וועגן, ווי כדי איינער אויפן אַנדערן ניט צו קוקן, ווי זיך צו באַדענקען, און אפשר אויך, אַז אין דער פינצטער זאָל יעדערער די מעגלעכקייט האָבן ווי־ניט־איז זיך אָן שולד אָדער ווייניקער שולדיק אַרויסרוקן.

אין דער זעלבער מינוט איז דער פּאָרטרעט אויף דער וואַנט ניט געבליבן, וויפיל די פּריצים האָבן אים דערנאָך ניט געזוכט, איז ער ווי אין דער ערד מיט די שפּורן פאַרשוואונדן.

אין דער מינוט אויך האָט אין איינער און דער זעלבער צייט כמעט יעדערער ביי זיין אויער עפּעס איינעם אַ מענטשנס מויל דערפילט, וואוהין דאָס מויל האָט, איילנדיק און ווי בסוד אַריינגעזאָגט:

— פּריצים, די זאַך איז ערנסט, ס׳לאָזט זיך נאָך פאַרריכטן, נאָר מ׳דאַרף געלט, אַ פולע געלט.

דערביי האָט דאָס מויל אָנגערופן אַזאַ סאָרט סומע, וואָס האָט יעדן צוהערער געמאַכט אויפציטערן פיל מער נאָך, ווי פון דעם נאָר־וואָס פאָרגעקומענעם, וואָס האָט געשמעקט מיט מלוכה־פאַרראַט, מיט באַליידיקן־זיין מאַיעסטעט, דעם קייסער, און דערפאַר, אין אַזאַ צייט, און צו אַזוינע, ווי צו זיי, ווי צו די פּריצים, קאָן אָנגעווענדט ווערן דאָס שטרענגסטע, — אָנגעהויבן פון שמיץ. פון פאַרשיקן, ביז, מעגלעך, טויט־שטראָף אַפילו.

↤ 269

די אָנגערופענע סומע אָבער איז העכער געווען ניט נאָר פון די באַגרענעצטע פּריצישע מעגלעכקייטן איצט דאָ אויפן שלעכטן, האַלב־טויטן יאַריד, נאָר אויך אַפילו, ווען ניט שלעכט, ווען אין אַנדערע צייטן, אַ גרויסע — נישט נאָר פאַר איין פּריץ, נאָר אַפילו פאַר אַ סך, ווען זיי וועלן זיך צונויפלייגן.

— די זאַך האַלט שלעכט, — האָט דאָס מויל ווידער אין יעדן אויער אַריינגערעדט, — זאָלן זיך פּריצים באַדענקען. ס׳איז ביי אַ יידן אויף דער אכסניה, דערביי אויך אַ פאָרשטייער פון דער מאַכט, מאָרגן קאָן דאָס איבערגעגעבן ווערן, וואו מע דאַרף, אויף גאַנץ שטאָט זיך צעטראָגן... דער ממשותדיקער באַווייז, דער פּאָרטרעט — פאַרשוואונדן, ווער ווייס, אין וועמענס הענט ער האָט אַריינגעטראָפן, מע דאַרף זען אים אויסגעפינען און פאַרניכטן. אַלץ איז נאָך מעגלעך. מע דאַרף נאָר גוט באַשמירן. אַניט זאָלן פּריצים דערנאָך קיין חרטה ניט האָבן.

* *
*

אויף אַ שפּעט־ביינאַכטיקער באַראַטונג צווישן פּריצים אין יענער זעלבער טאַקע אכסניה, וואו דער הויפּט־אָנפירער און דער הויפּט עצה־געבער דעמאָלט איז געווען סווענטיסלאַווסקי, מחמת אַלע איבעריקע דערשראָקענע, איז באַשלאָסן געוואָרן: דאָס געלט צונויפנעמען און דאָס פאַרטיילן וועמען ער, סווענטיסלאַווסקי, וועט געפינען פאַר נייטיק.

אַלע זיינען שוין איצט איבער עפּעס זיכער געווען, אַז דאָס געלט בלייבט ביי אים, אַז אויך דער פּאָרטרעט ביי אים. יענעם אָוונט איז ער פון אַלעמען דערקענט געוואָרן. אָבער קיין אַנדער ברירה איז ניט געווען, ווי נאָר אָדער אים דאָ, אין אכסניה, צו דערשטיקן, וואָס אויף דערויף זיינען, ווייזט אויס, קיין בעלנים און קיין איינשטעלער נישט געווען; אָדער זשע זיך לאָזן נאַרן און פון אים, כלומרשט, באַזאָרגט ווערן. און דאָס האָט מען טאַקע געטאָן. און דאָס איינציקע, וואָס מע האָט נאָר געקאָנט אין אַזאַ לאַגע, איז געווען — ביי אים זיך אויף אַ קלענערער סומע אויסדינגען, וואָס דאָס האָט מען אויך געטאָן: זיך אויסגעדונגען, אָבער ווי קלענער זי איז ניט געווען, די סומע, דאָך איז זי נאָך געווען אויף אַזויפיל גרויס, אַז וועגן דעם, ווי אַזוי זי צוזאַמענצונעמען, זאָל זיך, ביי די איצטיקע באַדינגונגען, קיין איין פּריצישער מוח ניט פאָרשטעלן און אַפילוניט קאָנען פאַנטאַזירן.

— און געלט, פּריצים?

— געלט איז ביי די יידן. מע מוז זיך ווענדן צו זיי, יידן וועלן די פּריצים ניט פאַרלאָזן, זיי אויסלייזן, זיי אין די נויטן שטיין.

און דאָס האָט שוין אויף זיך גענומען אַליין סווענטיסלאַווסקי, וועלכער האָט געקאָנט די זאַך אַזוי אויסלייגן און פאָרשטעלן, אַז דער פּריוואַטער אינטערעס פון די פּריצים, — דאָ געמיינט די סכנה, וואָס איז זיי פאָרגעשטאַנען, ↰ 270 — זאָל אויך אַלגעמיינער שטאָטישער אינטערעס און שטאָטישע סכנה ווערן. דערויף איז ער געווען אַ בריה, און דאָס דורכצופירן האָט ער זיך אונטערגענומען.

* *
*

ווי אַזוי סווענטיסלאַווסקי איז דערנאָך געקומען צו ר׳ דודין, צו אונדזער באַקאַנטן און באַוואוסטן רב אין שטאָט און אויך אויף דער גאַנצער געגנט — צי אַליין, צי דורך עפּעס עמעצנס פאַרמיטלונג פון איינעם זיינעם אַ באַקאַנטן יידן — ווייסן מיר ניט. מיר ווייסן נאָר, אַז שוין אויף מאָרגן איז צו ר׳ דודין אינמיטן גאַנצפרי, אינמיטן יאַריד, ווען מענטשן זיינען אַזוי פאַרנומען און די צייט אַזאַ ברענענדיקע, אַן אסיפה צונויפגערופן געוואָרן. נאַטירלעך, פון „פּני”, נאַטירלעך, אויך, אַז דאָס מאָל ניט פון רבנים און גלאַט חשובים, נאָר דער עיקר טאַקע געלט־לייט, רייכע, וואָס צו זיי האָט ער, ר׳ דודי, זיך מיט יענעם ענין געווענדט, און וואָס דער עיקר פון זיי האָט מען אין דעם פאַל געקאָנט עפּעס וואַרטן.

אויסגעלייגט האָט ר׳ דודי די זאַך אַזוי, אַז דער ענין איז דאָס מאָל נוגע ניט נאָר פּריצים, נאָר אויך כמעט גאַנץ יידישן קהל.

— זאָל מען נאָר באַטראַכטן, — האָט ר׳ דודי געזאָגט, — דאָ שמעקט מיט מרידה, און אַזוינע זאַכן ווערן ניט געשענקט. די שולדיקע וועלן געוויס זייער שטראָף און ערלעך אויסקומעניש באַקומען, וואָס דאָס הייסט — ווייסן אַלע. די פּריצים קאָנען זיך אַליין ניט אויסקויפן, פּריצים זיינען פאַרבאָדן אין חובות — בכלל, באַזונדערס אָבער נאָך דאָס יאָר, ווען געלט איז אַזוי קנאַפּ, איבער דער אומגערעטעניש.

— מע דאַרף געדענקען, — האָט ר׳ דודי פאָרגעזעצט, — אַז אויב פּריצים וועלן דאָ ליידן, וועלן מיטנליידן מיט זיי ניט נאָר פיל דאָרפס־יידן — שענקערס, אַרענדאַרעס, פּאָסעסאָרס, — נאָר אויך שטאָט־לייט, מיט וועלכע די פּריצים זיינען פאַרבונדן מיט געלט־עסקים. ער מיינט אויך בתוכם אַלע די, וואָס זיצן דאָ, וואָס האָבן זיך צו אים אויף דער אסיפה צונויפגענומען.

— זאָל מען דערמיט געדענקען: נעמט מען זיי צו, די פּריצים, אַזוי מעגן זיך אַלע מיט זייערע חובות אָפּגעזעגענען. טוען מיר אָבער פאַרקערט, און שלעפּן זיי אַרויס פון דער צרה, אַזוי וועלן פּריצים די זאַך געדענקען, און יידן וועלן דערפון גרויסע טובות האָבן.

אמת, ס׳איז אויך דאָ אַ געפאַר, אַז אויב, חלילה, מע זאָל זיך דערפון דערוויסן, אַז יידן האָבן זיך אין אַזאַ זאַך געמישט, קאָן זיין אַ בלבול אויף קהל. די זאַך איז אָבער באַוואָרנט: דער איינציקער, וואָס איז בייגעווען ביי יענער מעשה, און וועלכער קאָן שלעכט עדות זאָגן, מיינט דאָ ניט מער, ווי נאָר אַרויסציען פאַר זיך אַ געוויסע טובת־הנאה, אַ געוויסע סומע געלט. זיכערע ↰ 271 מענטשן פאַרזיכערן, אַז מער ווי געלט איז דאָ יענער ניט אויסן. אַ סברה אויך, אַז אין דער גאַנצער מעשה איז ער אַליין טאַקע דער שולדיקער. אַ סברה אויך, הייסט עס, אַז דאָס האָבן ניט די פּריצים געשאָסן, נאָר יענער אַליין טאַקע, דער, וואָס האָט שוין, ווייזט אויס, לאַנג פאַרטראַכט פון אַזאַ מעשה רייך צו ווערן, און איצט האָט אים דער גליקלעכער פאַל געטראָפן — אַן אויסוואורף, אַ מסור. באַווייזן קאָן מען דאָס ניט, דער פּאַרשוין אַליין אָבער איז מיט זיין באַשולדיקונג, זעט מען, ניט איבעריק זיכער, ער איילט דערום דאָס ניט כשר פאַרדינטע געלט אַריינצובאַקומען, כדי וואָס גיכער אַליין פון דעם עסק זיך אַרויסדרייען, פּטור ווערן. דער פּאָרטרעט געפינט זיך ביי אים, ער וועט קיין געלט ניט באַקומען, ביז ער וועט פאַר די פּריצים ניט געבראַכט ווערן, זיי איבערגעגעבן, אויף אים צו פאַרניכטן; מורא האָבן, אַז דערנאָך, נאָכן געלט באַקומען, זאָל יענער ווידער די זאַך ניט אויפוועקן און ווידער פאַרמסרן, דאַרף מען ניט, ווייל, ערשטנס, ווער וועט אים גלייבן אָן אַ באַווייז; און דער עיקר, וואָס דעמאָלט שטעקט ער אַליין אין סכנה: טאָמער וועט די פּריצימס אומשולדיקייט באַוויזן ווערן, און אַלץ קאָן אַרויפגעוואָרפן ווערן אויף אים דערפאַר, וואָס ער האָט אַזאַ זאַך געטאָן צוליב ריינעם שווינדל. ביז דער באַווייז אָבער איז ביי אים, האָבן פּריצים, מחמת מורא מיט אים זיך אָנצוהייבן, באַשלאָסן נאָכגעבן. קיין געלט אָבער איז ביי קיינעם ניטאָ, און ער, דער פּאַרשוין, איילט, פאָדערט: היינט, באַלד, שוין, אַניט, וואָרנט ער, איז שלעכט, קאָן די זאַך איבערגעגעבן ווערן ווייטער, וואָס דעמאָלט וועט שוין קיין זאַך ניט פּועלן. מע מוז זיך דערום אַן עצה געבן, און היינט, מאָרגן דאָס געלט אַריינקריגן.

— ער ווייסט, ר׳ דודי, אַז ביי אַלעמען איז איצט ענג, אַז אין געלט איז גרויסער מאַנגל, אָבער די טובה פון די פּריצים און די טובה פון אַלעמען פאָדערט, מע זאָל טאָן, וואָס נאָר מעגלעך, און השם יתברך וועט העלפן.

איינער פון די, צו וועמען ר׳ דודיס רייד זיינען געווענדט געווען אין אָט דער דאָזיקער אויפגיך צונויפגערופענער אסיפה, איז געווען אויך משה מאַשבער, וואָס וועדליק זיין נאָמען און אָנזען אין שטאָט, און אויף וויפיל אויך ער איז פאַראינטערעסירט געווען אין דעם ענין, מחמת אויך ער האָט דאָך ביי די פּריצים מיט גרויסע סומעס געשמעקט, איז אויך אויף אים איצט אויסגעפאַלן אַ געוויסן טייל געלט אַריינצוקריגן.

ער, ווי אַלע איבעריקע, האָבן זיך, נאַטירלעך, צוערשט שטאַרק אויפגערעגט, און אויסהערנדיק די מעשה, האָבן די ערשטע מינוטן געמיינט און זיך געוואָלט פונעם גאַנצן ענין אָפּשאָקלען: וואָס דאַרפן מיר זיך מישן, און זאָלן די פּריצים מה־יעשהניקעס טאָן, וואָס זיי ווילן. אַז מע האָט אָבער נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל די מעשה אויפן געדאַנק גענומען און זי פון אַלע זייטן באַהאַנדלט און אַן ערנסטן טראַכט געטאָן פון די רעזולטאַטן, וואָס קאָנען זיך ↰ 272 פאַר יעדן איינציקן פון די אָנטיילנעמער אין דער אסיפה באַקומען, און אויך טאַקע פאַר אַ גרויסן טייל יידן, וואָס ניט דאָ אויף דער אסיפה, — האָט מען, סוף־כל־סוף דערזען, אַז ס׳איז אין ברירה, אַז קיינער, אויסער די פאַרזאַמלטע, איז דאָ טאַקע ניט אימשטאַנד עפּעס צו טאָן, און אַז טאָן מוז מען. האָט מען געקרעכצט און זיך אין די קעפּ און אין די בערד געקראַצט, אָבער ענדלעך האָט מען זיך געמוזט אונטערגעבן, און יעדערער, וויפיל ס׳איז אויף אים אויסגעפאַלן און אַרויפגעלייגט געוואָרן, האָט געמוזט צוזאָגן אויספילן און טאַקע שפּעטסטנס מאָרגן דאָס געלט צושטעלן.

אַז משה מאַשבער האָט זיך דעמאָלט, גלייך פון ר׳ דודין גייענדיק, צו זיך אין קאָנטאָר אַריין באַוויזן, האָט ער באַלד זיין איידעם, דעם אונדז באַקאַנטן נחום לענטשעס אין באַראַטונגס־צימער אַריינגערופן. ער האָט אים, ווי אַ פאַרטרויאונגס־מאַן אין אַלע זיינע ענינים, אויך דעם ענין און די זאַך מיט די פּריצים איבערדערציילט און איבערגעגעבן, זיך מיט אים וועגן דעם אויסגע׳עצהט, און, דער עיקר, אים אַ פרעג געטאָן:

— ווי האַלט עס ביי אונדז היינט מיטן קאַסע־באַלאַנס?

— באַלאַנס איז באַלאַנס, אָבער די קאַסע איז ליידיק, — האָט נחום געזאָגט, — איר ווייסט דאָך אַליין, שווער, און עך האָב אייך ניט וואָס צו דערציילן.

ער איז גערעכט געווען, נחום: משה מאַשבער האָט, ניט פרעגנדיק, אַליין זייער גוט די לאַגע געוואוסט; געוואוסט, אַז ס׳איז ניט קיין יאַריד, נאָר אַ שרפה — פאַר אַלעמען, באַזונדערס אָבער פאַר אַזוינע, ווי ער, פאַר געלט־ און קאָנטאָר־לייט, וואָס האָבן פאַר דער צייט גאָרנישט ניט אַריינבאַקומען. קיינער פון די בעל־חובות האָט דאָס יאָר ניט ווי אַלעמאָל, אַפילו אויף דער שוועל זיך ניט געוויזן, ווי יעדעס מאָל אין דער צייט, וואָס מע איז געוואוינט קומען — מיט פריילעכע אויפגעלייגטע פּנימער זיך צעצאָלן און וועגן נייעם אָפּצורעדן, געשפּרעכן פירן. פאַרקערט, אויב עמעצער האָט זיך יאָ געוויזן, האָט מען אים גלייך אין דער נאָז דערקענט, אינעם טרויעריקלעך־שולדיקן בליק, אַז געקומען איז ער נאָר בעטן די זמנים פון די וועקסלען צו פאַרלענגערן, און אפשר וועט זיך אים אויך איינגעבן, אויסער דער אַלטער הלוואה, אויך אַ נייע אַריינצוקריגן.

משה האָט דאָס זייער גוט געוואוסט, דאָך האָט ער אַנדערש, ווי יאָ אָנטייל צו נעמען אין דער נייער הלוואה פאַר די פּריצים, נישט געקאָנט טאָן. זיין נאָמען און זיין שטעל האָט דאָס געפאָדערט, זיין שם און זיין לאַגע צווישן סוחרים. אָפּזאָגן זיך וואָלט געהייסן, אַז ער איז מיט עפּעס הינטערשטעליק, אַז אין די געשעפטן ביי אים איז ניט איבעריק, וואָס דערצו טאָר קיינער, בפרט אַזאַ, ווי ער, משה, נישט דערלאָזן.

באַזונדערס האָט ער דאָס געמוזט איצט, נאָך דעם ווי אויפן יאַריד — מע ווייסט ניט פונוואַנען ס׳האָט געשטאַמט, צי פון רודניצקי דעם פּריץ אַליין, ↰ 273 וועלכער האָט זיך, מעגלעך, בשעת שיכרות פאַר עמעצן אויסגערעדט, צי יידן־מעקלער האָבן אַליין די זאַך אויסגעשנאָרעט און געוואויר געוואָרן — נאָך דעם, אַז מע האָט זיך דערוואוסט, אַז רודניצקי האָט משהן אַ גרויסע סומע אָנגעזעצט, און אויך די גאַנצע מעשה, ווי אַזוי ער האָט ביי נחומען די וועקסלען אויסגענאַרט, און צווישן סוחרים און מעקלער האָט מען דערפון היפּש גערעדט, און דאָס, וואָס משה האָט דאָס ביז אַהער פאַרשטעלט, פאַרבאַהאַלטן, אַז קיינער זאָל דערפון ניט וויסן, האָט מען אויסגעטייטשט צו שלעכטן — „אַ סימן, — האָט מען געזאָגט, — אַז ביי משהן איז שוין גאָר ניט אַזוי פויגלדיק, וואָרעם ווען ניט, איז וואָס איז דאָ צו באַהאַלטן?...”

ס׳האָט שוין געהאַלטן אַפילו דערביי, אַז משהס באַשטענדיקע פּראָמילניקעס, די, וואָס קריכן קיינמאָל ניט אַרויס פון קאָנטאָר ,און וואָס יעדעס וואָרט, וואָס זיי ווענדן זיך צו אים מכוח געשעפט, ווערט באַגלייט פון זיי מיט אַ היפּש ביסל חניפה און אונטערלעקעריי, ווי שלום שמאַריאָן און צאַלי דערבאַרעמדיקער און נאָך, — האָט שוין געהאַלטן דערביי, אַז געוואויר ווערנדיק יענע זאַך און, אַפּנים, ברוגז זייענדיק ,פאַרוואָס זיי אַליין האָבן דאָס ביזן יאַריד ניט פאָרויסגעפילט, פאָרויסגעטראָפן — האָבן אים שוין מיט אַ מין באַליידיקנדיקער העזה אָפט אין די אויגן געקוקט, ווי זיך באַרימענדיק, אַז זיי ווייסן פון דעם, פון יענער זאַך, וואָס ער האָט ניט געוואָלט און ס׳האָט אים ניט געלוינט, אַז מע זאָל וויסן.

יאָ, ס׳האָט שוין געהאַלטן אויך דערביי... משה האָט דערום איצט געמוזט זיין שם אין שטאָט אונטערהאַלטן, — פאַר אַלעם, פאַר סוחרים, געלט־לייט, וואָס ער האָט מיט זיי צוזאַמען אין דער אסיפה ביי ר׳ דודי דעם רב אָנטייל גענומען, און אויך פאַר די געלט־מעקלער, ווי ווידער פאַר שמאַריאָנען, פאַר אַ דערבאַרעמדיקער, וואָס טאָמער וועלן זיי געוואויר ווערן פון דער מעשה מיט די פּריצים (כאָטש דערווייל איז דאָס נאָך פאַר אַלעמען געווען אַ סוד), און אַז אַלע האָבן זיך מיט אַ געוויסער סומע באַשטייערט, אויסער אים, משהן, וועט זיך דאָס שוין אוודאי שלעכט קלינגען, און די פּראָמילניקעס, געלט־מעקלער וועלן שוין מיט רעכט דעמאָלט די העזה קעגן אים פאַרמערן.

ער האָט דערום, גלייך נאָכן אויסעצהן זיך מיט נחומען, די מעקלער אַריינגערופן, האָט אויף זיך אַ געוויינלעכע שטאָלץ־נגידישע מינע אָנגעצויגן, אַ מין גלייכגילטיקע, גלייך דער אויפטראָג, וואָס ער גיט זיי דאָ, איז אַ געוויינלעכער קאָנטאָר־אויפטראָג, וואָס אַלע טאָג זיינען אַזוינע מעגלעך און שייך, און נעמלעך: ער דאַרף היינט צו טאָג אַ געוויסע סומע געלט האָבן, זיי מוזן זי אים זען קריגן. און כדי זיי אונטערצואיילן, און כדי זיי זאָלן פאַרשפּאָרן צוריק אין קאָנטאָר קומען נאָך משהס וועקסלען, ווען זיי וועלן קריגן די ערטער, וואו צו אַנטלייען, האָט ער זיי שוין אויפן אָרט טאַקע אונטערגעשריבענע וועקסלען געגעבן, זיי אָפּגעחתמעט אויף קלענערע און אויף גאָר ↰ 274 קליינע סומעס, וואָרעם געוואוסט האָט ער, אַז גרויס געלט אין איין האַנט צו קריגן וועט אים איצט זיין אוממעגלעך און אַז ביי דער בעסטער פייאיקייט פון זיינע מעקלער און פּראָמילניקעס, איז דאָס אין איצטיקן מאָמענט אַפילו פאַר זיי אויסגעשלאָסן.

נאָכן אַוועקגיין פון די מעקלערס, האָט משה, אַליין ביי זיך אין צימער בלייבנדיק, אָפט געקרעכצט. ער האָט אַלע וויילע ביידע הענט — די רעכטע און די לינקע — צו זיין ברוסט צוגעלייגט, די בוזעם־קעשענעס אָנטאַפּנדיק, ווי ס׳טוען נגידים תמיד, ווען אויפגעלייגט און אין גרויס בטוח זיין אין זיך, און ער האָט זיי איצט ליידיק געפונען — אַ זאַך, צו וועלכער ער איז די לעצטע יאָרן פון גרויסער גדולה נישט געוואוינט, אַ זאַך, וואָס האָט אים, פון אומגעוויינלעכקייט, אויסגעזען משונה און אומגלייבלעך.

ס׳האָט אים אין האַרצן אַ קיל געטאָן. ער האָט דעם גאַנצן טאָג דערנאָך געהאַט ניט קיין גוטן. באַזונדערס נאָך פאַרנאַכט פון זעלבן טאָג, ווען מע האָט שוין געזאָלט די קאָנטאָר שליסן, ווען פאַרן טאָג איז אים צום דערפרייען גאָרנישט צוגעקומען, און ווען די פּראָמילניקעס, די מעקלער, האָבן זיך צוריק אין קאָנטאָר אומגעקערט, און זיי האָבן אים דווקא דאָס געפאָדערטע געלט יאָ געבראַכט, אָבער ער האָט געזען, אַז ס׳איז נאָך גרויס מי און לאַנג זוכעניש זיי אָנגעקומען; דעמאָלט, אַז ער האָט זיך פאַראינטערעסירט און געוואָלט וויסן, וואו, ביי וועמען האָבן זיי דאָס געלט געקראָגן און אין וועמענס הענט זיינען זיינע וועקסלען אַריינגעפאַלן, פאַרשטייענדיק, אַז דאָס מאָל, מחמת געלט־מאַנגל, זיינען זיי אַריינגעפאַלן ניט צו קיין איבעריק באַוואוסטע און חשובים, האָט צאַלי דערבאַרעמדיקער אים אַ זאָג געטאָן, אַז זיין חלק האָט ער געקראָגן:

— ווייסט איר ביי וועמען? — און דערביי האָט צאַלי עפּעס אַ שאָדן־פריידיקע און שמייכלענדיק־באַליידיקנדיקע צורה געהאַט.

— ביי וועמען?

— ביי אַזאַ, וואָס קיין בן־אדם האָט זיך גאָר קיינמאָל ניט געקאָנט ריכטן, אַז אַזוינער איז אַפילו לעבן געלט געלעגן.

— ביי וועמען זשע?

— ביי יענעם, ביי דעם איינגייער אין די נגידישע הייזער, ביי דעם מרוק, ביי דעם מיט דער ערד־קאָלירענער קאַפּאָטע און מיטן לאַקירענעם דאַשעק, ביי סרולי גאַל.

— ביי אים? — האָט משה אַזש אַ געשריי אַרויסגעלאָזט פון פאַרוואונדערונג, און פון נישט וועלן גלייבן, האָט ער זיינע אויערן נישט געטרויט, און ווי ער איז אַזוי לעבן זיין שטול געשטאַנען, אַזוי האָט ער זיך, פון מאַטקייט אין די קני, מיטאַמאָל אין אים אַראָפּגעלאָזט.

↤ 275

— ביי אים, ביי סרולין? ווער האָט עס אים געהייסן? ווער דערלויבט: ער איז משוגע געוואָרן, צי דול, צי ביי אַלע געדענקען?

— וואָס איז! — איז שוין דאָס מאָל צאַלי, פון מידקייט פונעם גאַנצן טאָג, ווייזט אויס, אַרומלויפן און, דער עיקר, דערפאַר, וואָס נאָך מעשה רודניצקי האָט זיך זיין דרך־ארץ צו משהן אַ ביסל איינגעשרומפּן,קלענער געוואָרן — איצט מיט לשון אַרויס:

— וואָס איז? געלט האָט קיין ריח ניט, ר׳ משה, געלט שמעקט ניט! געלט איז געלט, ביי וועמען ס׳זאָל ניט זיין און ביי וועמען ס׳זאָל זיך ניט געפינען, אַבי ס׳געפינט זיך, אַבי נאָר ס׳איז דאָ.

— אָבער... ס׳איז דאָך אוממעגלעך? ווי קומט צו אים, צו אַזאַ גאָר געלט פּלוצים? — האָט משה ווידער אויסגעשריגן.

— ס׳ניט אונדזער זאַך. אַבי ער האָט. אַבי ס׳ניט פאַלש געמאַכט, — האָט צאַלי געענטפערט.

משה איז נאָך דעם געשפּרעך אַהיים געקומען אַ שטאַרק פאַרביטערטער. ס׳האָט זיך אים די גאַנצע צייט אין קאָפּ ניט פּאַטופּעט, ווי קיינער, וואָס וואָלט דערפון פריער ניט געוואוסט און מע זאָל אים פּלוצלונג אַזאַ זאַך דערציילן. מיר אָבער, וואָס מיר ווייסן, חידושן זיך ניט און בעטן דאָס פאַרגעדענקען: אַז אָט דעמאָלט, אויפן יאַריד, יענעם טאָג, וואָס נאָך דער מעשה מיט די פּריצים און נאָך דער אסיפה ביי ר׳ דודין און נאָך דעם, ווי משה האָט זיינע מעקלער אויפן שטאָט אַרויסגעשיקט אים געלט זוכן, איז משה מאַשבער, ווי ס׳איז אים זייער און זייער ניט אָנגענעם געווען, אָבער פאַקט בלייבט פאַקט: יענעם טאָג איז משה מאַשבער סרוליס בעל־חוב געוואָרן. ער, משה, — דער, וואָס האָט זיך גענייטיקט, יענער, סרולי, — דער, וואָס האָט אים אַרויסגעהאָלפן; ער, משה, — דער, וואָס אַז ער האָט זיך אין ביידע בוזעם־קעשענעס געטאַפּט, האָט ער זיי געפונען ליידיק, און סרולי — דער, וואָס ווען ער וואָלט דעמאָלט די הענט צו דער ברוסט צוגעלייגט, וואָלט ער אין בוזעם־טאַש משה מאַשבערס וועקסלען אָנגעטאַפּט. לאָמיר דאָס פאַרגעדענקען!

מירן ניט דערציילן, ווי אַזוי, וואו און אין וואָס פאַר אַן אָרט איז צווישן צאַלין און סרולין דאָס געשעפט — דאָס געלט געבן און נעמען — אָפּגעמאַכט געוואָרן. מירן נישט דערציילן, ווייל איבעריק. ס׳איז גענוג נאָר צו וויסן, אַז אַזוי ווי סרולי האָט זיך דאָך שוין געהאַט, ווי אין אַ פריערדיקן קאַפּיטל דערמאָנט, צו צאַלין געווענדט וועגן אָט דעם ענין, און צאַלי האָט זיך דעמאָלט געקווענקלט, צי דאָס פאַר ערנסט אָננעמען, צי ניט, אָבער, סוף־כל־סוף, האָט ער דאָס יאָ אָנגענומען, דאָס פאַרגעדענקט, איז דערום דאָס מאָל, ווען ער איז אין משהס שליחות געגאַנגען, איז אים יענער אויפן זינען געקומען, און ער האָט אים געזוכט, און סרולי, פון זיין זייט, ווידער, האָט אויך אים, צאַלין, — די גאַנצע צייט, איז דערום נאַטירלעך, אַז ווען צוויי זוכן זיך, קומט זיי אַמאָל ↰ 276 אויך דער צופאַל צו הילף, ווי אויך דאָס מאָל איז ער צו צאַלין און סרולין געקומען.

אַזוי אַז די זאַך איז געמאַכט געוואָרן, דאָס געשעפט געשלאָסן. ווי סרולי האָט זיך דערנאָך געפילט, — איז אונדז ניט באַוואוסט. ניט באַוואוסט אויך אַפילו דער מיין, וואָס ער האָט געמיינט דערביי — מיטן וועלן משהן פאַר אַ בעל־חוב צו האָבן. מעגלעך, אַז אין איצטיקן מאָמענט האָט ער נאָך אַליין ניט גענוג געוואוסט. מיר ווייסן נאָר, אַז משה האָט זיך, ווי געזאָגט, שטאַרק באַטריבט און ווי פון דער השגחה באַליידיקט געהאַלטן. פאַר אַלעם, פון דער השגחה, וואָס זי האָט אים דאָ עפּעס אַ קבצנישן פינגער געוויזן, עפּעס אַ מין סימן, אַז רייכקייט איז ניט פעסט, אַז איבעריק דערמיט זיך איבערנעמען און גרויס האַלטן דאַרף מען ניט. אַ סימן: אָט האָט ער היינט גאָר צו אַזאַ, ווי צו סרולין, באַדאַרפט אָנקומען, צו דעם, וועלכן ער האָט ערשט אים פון שטוב געטריבן, ווי אַ לעצטן און ווי אַזוינעם, וואָס מע דאַרף פאַר אים אין קיין פאַל ניט יוצא זיין. דאָס — פון דער השגחה. דער עיקר אָבער האָט משהן געאַרט, וואָס די זאַך קאָן און וועט באַוואוסט און צעטראָגן ווערן. דאָס וועט קלינגען פאַר אַלע, אמת, ווי אַ שפּאַס, ווי אַ גלייכווערטל. אָבער דאָך וועט מען אים אין מויל האַלטן צוזאַמען מיט יענעם, אין פאַרבינדונג נאָך מיט אַזאַ זאַך, ווי ער איז יענעם נאָך געלט שולדיק. דאָס קלינגט שוין גאָר, גאָר ניט געהויבן. אַלנפאַלס — מיט אַ סקאַנדאַל און אומאָנגענעמלעכקייט, מיט אַזאַ, וואָס בעסער איז ווען אַזוינס טרעפט זיך מיט אַנדערע, ניט מיט אים — בעסער מיט זיינע שונאים.

משה האָט דעמאָלט, אַהיים קומענדיק, אַ פאַרביטערט־פרומלעכן מעריב געדאַוונט. ער האָט ניט געגעסן און גלייך שלאָפן געגאַנגען, און אייגענע האָבן ניט געפרעגט — פאַרוואָס, ווייל זיי האָבן געפילט, אַז עפּעס איז ער פאַרצאָרנט. ער האָט זיך אויך אין שלאָף אומרואיק געפילט, אַזוי לאַנג, ביז דער אומרו און די פאַרביטערטקייט האָט זיך אים, ווי תמיד, ווען ס׳טרעפט זיך אים אַן אומאָנגענעמלעכקייט, ווען ער איז אויפגערעגט, און דער חלום קומט און טוט דאָס אים — צי גוט, צי שלעכט — דורך אַ בילד אויפלייזן און באַווייזן, אַזוי האָט זיך אים אויך איצט געחלומט:

אַ טיש... ס׳איז שבת אָדער יום־טוב. אַלץ, ווי כסדר. די קינדער, די אייניקלעך ביים טיש, די שטוב — די זעלבע. אַלץ אין געוויינלעכער אָרדענונג. נאָר, זע: דאָרט, וואו ער באַשטענדיק מיט גיטעלען פון אויבנאָן, זיצט איצט גאָר אַ פרעמדער לעבן איר, לעבן גיטעלען.

ער קוקט זיך איין: זע, ס׳איז סרולי. ער פירט זיך מעשה באַלעבאָס.

ער, סרולי, באַמערקט, ווי ס׳זיצט אַן אורח ביים טיש, ביים סאַמע עק, און באַפוילט, מע זאָל אים דערלאַנגען, און מונטערט אויך אַליין דעם אורח, ער זאָל עסן, זאָל זיך לאָזן וואוילגיין.

↤ 277

משה גיט אַ קוק אויפן אורח, דערזעט, אַז דאָס איז ער, משה אַליין, ביי זיין אייגענעם טיש דאָ אַן אורח, דערצו אין סרוליס בגדים, מיט סרוליס אויסזען, מיט זיין ברוגז־אַראָפּגעלאָזטן קאָפּ צום טיש, .ווען ער קוקט אויף קיינעם נישט.

ס׳איז אים שווער. ער הערט, ווי סרולי, וואָס זיצט אויבנאָן, ווענדט זיך צו גיטעלען: „וואָס איז דער אורח ברוגז? וואָס עסט עפּעס נישט דער אורח?” ער, משה, וויל אויסשרייען: „ס׳איז פאַרקערט!” ער דאַרף דאָס זאָגן, ווייל ער איז באַלעבאָס. אָבער דאָ דערזעט ער, ווי סרולי צעלאַכט זיך אים אין פּנים, ווענדט זיך צו אַלע, וואָס אַרום טיש, און כדי צו באַווייזן זיין גערעכטיקייט, און אַז דאָס אָרט, וואָס ער פאַרנעמט, איז מיט רעכט פאַרנומען, שטעקט ער אַריין די הענט אין בוזעם־קעשענע און שלעפּט פון דאָרט עפּעס אַ פּאַק אַרויס: ווער וועמען, הייסט עס, איז שולדיק, ווער ביי וועמען ליגט מיט די וועקסלען פאַרזעצט.

משה איז אָפּהענטיק. ער לאָזט אַראָפּ דעם קאָפּ, הייבט זיך פון הינטערן טיש אַרויס, גייט אין אַ ווינקל שטוב און געפינט דאָרט די טאָרבע, וואָס ער איז כסדר געוואוינט זי צו האַלטן פאַר סרוליס, נעמט זי, הייבט זי אויף און לאָזט זיך אויף די אויגן פון אַלע אייגענע, פון ווייב־און־קינדער, וואָס קוקן אים נאָך, צו דער טיר צו — די שוועל אַריבערצוטרעטן. אָט אַזוי: ער קושט די מזוזה, וויינט און געזעגנט זיך, פאַרלאָזנדיק זיין שטוב מיט זיינע בני־בית, וואָס בלייבן ביים טיש שטיל זיצן...

↤ 278

VIII
צוויי אויסערן יאַריד

„אַך, ווען ער טרעפט אים איצט!” — האָט משה מאַשבער געטראַכט אויף מאָרגן נאָך יענער נאַכט, ווען דער אויבן דערמאָנטער חלום האָט זיך אים געחלומט. „אים” — האָט ער דאָ געמיינט סרולין, — יענעם ,וואָס ער וויל זיין נאָמען אויף די ליפּן ניט ברענגען, יענעם, וואָס ניט נאָר זיין נאָמען, נאָר וואָס וויל אַפילו ניט דערלאָזן זיין צורה זיך פאָרשטעלן, ווי מע קאָן ניט און מע וויל ניט דערלאָזן די פאָרשטעלונג פון עפּעס אַ שטאַרק העסלעכער זאַך, ווי אַ שרץ אָדער אַן אַנדער מין מיאוסקייט.

„אַך, ווען ער טרעפט אים אַצינד!”... ער האָט ניט געוואוסט גענוי, וואָס ער וואָלט געטאָן און קעגן יענעם פירגענומען, נאָר פאַרשיידן־אומקלאָרע און לעצט־מעגלעכע מיטלען האָבן זיך אים אין קאָפּ געשטויסן, וועלכע ער וואָלט מיט אים, מיט דעם, וואָס האָט אים זיין רו געשטערט, זיין שלום מיטן ברודער און, דער עיקר, וואָס האָט אים זיין כבוד גערויבט, זיין ציטעריק־גבירישן האָנאָר, ווען די וועלט וועט זיך דערוויסן די מעשה מיט דער הלוואה, אַז ער, משה, שטעקט ביי אים, ביי אַזאַ פּאַרשוין, גאָר מיט וועקסלען, וואָס דאָס וועט זיין אים צו בזיון, און דער וועלט — צו געלעכטער.

„אַך, ווען ער האָט אים”, — האָט ער זיך געטראַכט, — ער וואָלט, האָט זיך אים געדאַכט, אַזוינס איצט געטאָן, אויף וואָס אַן אַנדערשמאָל, אין די ערגסטע פאַלן אַפילו, איז ער אויף אַזעלכעס גאָר ניט פייאיק. ער וואָלט, מעגלעך, אים געכאַפּט און אים אַליין אין די געהעריקע הענט איבערגעגעבן, מע זאָל אים באַזוכן, מע זאָל זען די זאַך אויספאָרשן, זען, פונוואַנען קומט גאָר צו אַזאַ פּאַרשוין געלט, ווייל נישט אַנדערש, אַז פון גנבה, פון גזלה...

„אַך”, — האָט ער זיך אין זעלבן פרימאָרגן אויך וועגן ברודער לוזין געטראַכט אין פאַרבינדונג מיט דעם, וואָס איז לעצטנס אים געשען, ד. ה. אין פאַרבינדונג מיטן ערשטן אָנזאָג און סימן אויף בראָך און ירידה, ווען משה האָט די סיבות דערצו געזוכט און, נאַטירלעך, איז אים אַ פרומע מורא באַפאַלן, טאָמער, אפשר האָט ער זיך מיט עפּעס פאַרזינדיקט, — איז אַלס איינע פון די סיבות אים דערום די שולד בנוגע זיין ברודער אויפגעקומען.

„אַך”, — האָט ער זיך דערום אויך וועגן ברודער געטראַכט, — ווען ער האָט אים איצט, וואָלט ער אין ענגעניש און אין קלעם פאַר אים געשטאַנען און געטענהט: וואָס געשעט צווישן אונדז?... צי שוין זשע איז ער, משה, אַזוי ניט גוט זיך באַגאַנגען קעגן דין, קעגן מנהג אָדער קעגן וואָס־↰ 279ניט־איז איינגעשטעלטן און איינגעפירטן פון די אייניקע געזעץ־געבער, וואָס דאָס האָט גורם געווען צו דעם, וואָס לוזיס האַרץ ליגט ניט צו אים שוין אַ צייט ,און וואָס, סוף־כל־סוף, האָט זיך עס מיט אַזאַ שאַרפן קריג צווישן זיי געענדיקט? צי שוין זשע האָט ער געזינדיקט דערמיט, וואָס ער האָט, ווי אַלע, פאַר ווייב־און־קינדער, פאַר שטוב און שטאַנד געטאָן אין מסחר, ווי אין מסחר ווערט געטאָן, ד. ה. ווי אַלע זיינען זיך נוהג, ווען מע קלעטערט אויפן האַנדלס־לייטער און מע באַנוגנט זיך ניט מיטן דערגרייכטן און נאָך יעדן איינגענומענעם שטאַפּל וויל מען אַלץ העכער און ווידער שטייגן! וואו ליגט דאָ די זינד? — וואָלט ער פאַר לוזין געטענהט. און נאָך דער פריערדיקער אָנגרייפערישקייט און כעס־טראָגן אויף אים, וואָלט ער איצט צו פאַרטיידיקונג איבערגעגאַנגען, צו ווייכע רייד און צו זוכן אַ שלום־סטעזשקע, וואָס זאָל זיי ווידעראַמאָל, ווי פריער, פאַראייניקן און ברידערלעך דערנעענטערן.

ווייל, צווישן אונדז גערעדט, האָט זיך משה דאָס מאָל אין דעם טאַקע שטאַרק גענייטיקט. די לעצטע צייט פון נאָך מעשה־רודניצקי, בפרט נאָך דעם, וואָס ערשט נעכטן פאָרגעקומען — מיטן געלט־אַנטלייען, מיט דער ליידיקער קאַסע און מיט מוזן אָנקומען און אַריינטרעפן מיט זיינע געחתמעטע וועקסלען אַזש צו אַזאַ, ווי יענער, ווי סרולי — דאָס אַלץ האָט זיך אים ווי אַ שווערער שטיין געלייגט, און אַ מוראדיקער פאָרגעפיל איז אים איבער די ביינער דורכגעגאַנגען: טאָמער? ווער ווייסט ?... פיל סימנים זאָגן דאָך שוין דערפאַר, אַז, מעגלעך, דאָס מזל האָט זיך אים אָפּגעשטעלט און, ווי ס׳געשעט אָפט, איז פון איצט אָן שוין דער העכסטער פּונקט און שטאַפּל פון זיין גליק־לייטער פון אים דערגרייכט, און איצט הייבט ער שוין אָן צו גיין אויף זיין צוריקוועגס?...

„אַך, ווען ער האָט אים איצט”...

ביידע אָבער — סיי דער ערשטער סיי דער צווייטער — זיינען דעמאָלט ווייט געווען פון אים, ביידע אויסער זיין שטוב, אויסער דער מעגלעכקייט זיך צו דערוויסן אַפילו, וואו זיי זיינען און געפינען זיך; דערצו נאָך האָט היינט, מאָרגן, איבערמאָרגן, און נאָך אַ גאַנצע וואָך כמעט, דער יאַריד אין שטאָט באַדאַרפט געדויערן, ווען מע איז שטאַרק פאַרנומען און מע מוז, צוליב פרייען קאָפּ האָבן, זיך באַפרייען אַפילו פון אַזוינע ערנסטע און שווערע מחשבות, וועלכע זיינען איצט משה מאַשבערן באַפאַלן. משה האָט זיך, מחמת נויט און מחמת דער יאַריד האָט פון אים געפאָדערט, טאַקע ווי־ס׳ניט־איז פון די מחשבות באַפרייט, און גלייך נאָכן אויפשטיין האָט ער זיך אין זיינע געשעפטן אַוועקגעלאָזט. גייענדיק נאָר, האָט זיך אים אַמאָל איינער, אַמאָל דער צווייטער פאָרגעשטעלט, און ער האָט מיט זיי געדאַנקלעך געטענהט און זיינע ליפּן האָבן, ווי אָן זיין וויסן, עפּעס געשעפּטשעט. און אין דער זעלבער צייט ↰ 280 האָבן יענע, די, וועגן וועלכע ער האָט דאָ נאָר־וואָס געטראַכט, אים לחלוטין נישט אין זינען געהאַט און דעריבער ווייט געווען פון אים און פון זיינע טענות.

סרולי האָט נאָך דעם, ווי ער האָט ביי משה מאַשבער אין שטוב דעם געוויסן בזיון געליטן, נאָך דעם, ווי ער האָט פאַר לוזין זיין געוויסע וידוי אָפּגעהאַלטן, און בפרט נאָך דעם, ווי אים האָט זיך איינגעגעבן זיין ביז אַהער אויסבאַהאַלטן געלט אין זיכערע און אין געוואונטשענע הענט אַריינצולייגן — טאַקע אַליין צו משהן, — פון דעמאָלט אָן האָט מען אים אין קיין גבירישער שטוב ניט געזען, און אין ערגעץ פון די געוויינלעכע רייכע הייזער, וואו ער פלעגט זיין אַן איינגייער, זיך מער ניט ווייזן. ער האָט זיך ווי געמאַכט יום־טוב. ער האָט די לעצטע טעג, זינט דער יאַריד האָט זיך געשטעלט, זיך אַרומגעדרייט אויף די מאַרקן. כסדר האָט מען אים געקאָנט זען אַ ליידיקגייער, זיך רוקן דווקא, וואו ס׳איז ענג, דווקא וואו געדיכט, כאָטש צו טאָן און צו קויפן האָט ער ניט געהאַט וואָס און ביי וועמען: און אין יעדן רעדל האָט מען אים דערקענט פאַר אַ פרעמדן, מע פלעגט אויף אים אַמאָל אַ קוק געבן מיט חשד, ווי אויף עפּעס אַ סאָרט גנב, און אַן אַנדערשמאָל ווי אויף אַ דולן, וואָס האָט זיך אומזיסט און אומנישט אין פרעמדע געשעפט־רעדלעך פאַרקליבן.

אַזוי אויך היינט אינדערפרי, אין דעם פרימאָרגן, וועגן וועלכן מיר רעדן דאָ.

אָט שטייט ער ביי איינער אַ וואַנט פון דער אַלטער שטאָט־פעסטונג, וועלכע קוקט צום טייך און צו דער הרעבליע. ס׳זיינען איצט, בעתן יאַריד, ביי איר צופוסנס אויסגעשטעלט פיל ביידלעך, געצעלטן און שטעלעכלעך, וואו ס׳איז אַ געדרענג און אַ טומל פון פאַרשיידענע קולות, וועלכע הערן זיך דאָרט פון הענדלער, וואָס שרייען אויס זייערע סחורות און פאַררופן צו זיך די קונים, און אויך פונעם קונים־געזעמל, וואָס דרייען זיך הין־און־הער, שטייען אויף איין אָרט קאָמפּאַניעסווייז, בינטלעכווייז, און אַ געזשום איז צווישן זיי, ווי צווישן בינען.

סרולי שטייט ביי איינעם אַ ביידל, וואָס צוויי ווענט דערפון זיינען פון לייוונט געמאַכט, די דריטע וואַנט — די וואַנט פון דער פעסטונג, און די פערטע אָפן — אַ טיר. דאָרט האַנדלט מען ניט, דאָרט פאַרקויפט מען ניט, דאָרט „היילט” מען: „מע האַקט” און מע עפנט אַלערליי מכות, טשיריקעס, שלעק און געשווילעכצן; מע שערט, מע גאָלט; מע שטעלט באַנקעס — טרוקענע, מערסטנטיילס נאַסע; מע רייסט ציין, מע היילט אויגן, און דער הויפּט־דאָקטער איז דער אַלטער לייב דער רופא מיט די צוויי פּאָר ברילן, דורך וועלכע די אויגן זעען אים אויס גרויס, גלאַנציק און משונה, ווי ביי אַ פיש. אויך זיין געהילף — מנשה דער רופא־יונג, מיט די גלאַנציקע שטיוול און מיט שטעכיקן חוזק און גראָבע גלייכווערטלעך אויף די ליפּן.

↤ 281

די פּאַציענטן — פּויערים, וואָס האָבן פאַר לייב דעם רופא שוין אַ צייט אין דער היים די קרענק אָנגעקליבן: קריזשעס, וואָס ברעכן, לאַנג־פאַרלאָזטע שטעכעניש און אַנדערע, וואָס היימישע דאָרפס־דאָקטוירים — זנאַכערס, באָבעס, היילערינס, שפּרעכערינס — האָבן צו זיין קיין תרופה ניט געהאַט, און די קראַנקע האָבן זיי ביזן יאַריד אָפּגעלייגט.

צוויי בענק ביי ביידע לייוונטענע ווענט שטייען אויסגעשטעלט, וואו פּויערים זיצן און וואַרטן אויף זייער ריי — אויף אָפּצווענגעס, וואָס מע שלעפּט מיט זיי צוועקעס פון ווענט, מע זאָל זיי רייסן די ציין, און נאָכן רייסן זאָלן אייניקע פון זיי זיך קוויקן, ווי מע קוויקט זיך פון אַ גרויסער היץ אין דער קעלט געקומען, און אַנדערע זאָלן נאָך מיט מער ווייטיקן, ווי מיט די געקומענע, צוריק אַרויסגיין, שפּייען מיט בלוט און פאַר די שטאַרק ווייטוענדיקע באַקן זיך האַלטן. אַזוי מנשה דער יונג מיט די אָפּצווענגעס, לייב דער רופא אַליין מיט מער איידעלן געצייג אויף עפענען מכות, שלעק, דערנאָך פאַרשיידענע גרינע, געלע און אַלערליי־קאָליריקע פלאַסטערס מיט זאַלבן צו לייגן.

סרולי שטייט דערביי, קוקט זיך איין אין די בעקנס שמאַטעס, בלוט און אייטער, וואָס ווערן דאָרט אָנגעזאַמלט, און ווי פּויערים פּאַציענטן, — צי זיי ווערן יאָ געהיילט, צי ניט געהיילט, צי זיי קומען אַרויס פון געצעלט דערלייכטערטע, צי נאָך מיט מער ווייטיקן — באַצאָלן דאָך פאַר דער היילונג, ווער מיט מזומן — מיט געלט, און ווער מיט נאַטור — מיט אַ האַלבן צענדליק אייער, מיט אַן עוף, מיט חזיר־האָר, מיט גאָרטנוואַרג, וואָס דאָס אַלץ צוזאַמען ווערט אין איין הויפן אָנגעוואַלגערט און אין אַ גאַנצן באַרג אָנגעלייגט.

סרולי גייט אָפּ, און אָט זעען מיר אים שוין ביי אַ צווייט רעדל אויף אַ ראָג גאַס ערגעץ, וואו אויך דאָרט איז דער געדראַנג גרויס, און די באַנדוריסטן האָבן זיך יענעם פּלאַץ אויסגעקליבן, ווייל דער ראָג קרייצט איבער פאַרשיידענע גאַסן, געסלעך, דורך וועלכע פאַרשיידענער עולם מוז דאָרט אַדורכגיין.

אַ גרופּע בלינדע בעטלער זיצן אויף שטרוי, אויף סוויטעס אונטערגעשפּרייט, ביי אַלע זעען אויס די בלינדע אויגן פאַרשיידן: ביי אייניקע אָפן און זעען גאָרניט, ביי אַנדערע — אויסגערונען, פאַרמאַכט, און קיין סימן פון שוואַרצאַפּל, ביי אייניקע דרייען זיך ווייסקאָליריקע אַרבעסלעך אין די אויגן־לעכער, ביי אַנדערע גייען אום די שוואַרצאַפּלען לעבעדיק אונטער די אויגן־לעפּלעך אַראָפּגעלאָזט. אָבער דאָס, וואָס פאַראייניקט אַלע — איז זייער אַלעמענס בלינדעניש: ווער ס׳האַלט דעם קאָפּ פאַרריסן, אַזש ביז דעם גאָרגל פאַרדרייט, אַרויף צו דער זון, ווער ס׳האַלט דעם קאָפּ אויף דער ברוסט אַראָפּגעלאָזט... ווער ס׳האָט אַ באַסאָווע שטים, און ביי וועמען אַ שטיל־שעפּטשענדיקע, און אַלע האַלטן די לירעס מיט די לינקע הענט צום קערפּער נאָענט און מיט די רעכטע דרייען זיי די שפּיל־קאָרבעס.

↤ 282

ס׳איז אַ גרויסע ראָד אַרום זיי. דער טאָג איז הייס. מע פילט, אַז אויף שפּעטער שטעלט זיך אַ גיהנום. דער עולם ענגט זיך אַרום די באַנדוריסטן, און מע קומט צו וואָס מער און מער. דער עיקרשט — פּויערטעס, וואָס קומען הערן אַ גוט וואָרט, אַ ליד מיט מוזיק באַגלייט, וואָס מיט איר פּראָסט געזאַנג איז זי יעדערנס האַרץ נאָענט, און וואו מע קאָן אַ געשמאַקן וויין טאָן אויפן גורל, למשל, פון איינעם אַ קישקע סאַמוילע פון דער אַלטער טערקישער געפענקעניש, אין וועלכער ער מיט אַ גאַנצער קאָמפּאַניע זייניקע, קאָזאַקן, האָבן אַהין אַריינגעטראָפן, און וועגן וועלכע ס׳דערציילט זיך, ווי אַזוי זיי האָבן זיך פיל אָנגעליטן, פריער אַליין פון די טערקן־יאַניטשאַרן, דערנאָך אויך פון אַן אייגענעם, אַ זייניקן, פון איינעם אַ פאַררעטער אַ ליאַך בוטורלאַק, וועלכער האָט אין דער אייגענער קריסטלעכער אמונה געפעלשט, און דערפאַר איז ער פון די טערקן אַן אויפזעער אויף זיינע אייגענע ברידער קאָזאַקן געשטעלט געוואָרן; און וואָס ווייטער איז געשען, און ווי אַזוי מע האָט זיך פון דעם אַלעם לסוף באַפרייט, געראַטעוועט. אָדער וועגן אַן אַנדער געפאַנגענעם, פון וועלכן דאָס ליד הייבט זיך אָן מיט די ווערטער: «Не ясний сокіл квилить проквиляе...» און וואו ס׳דערציילט זיך, ווי דער געפאַנגענער בעט דעם פויגל, ער זאָל פליען אין זיין היים און זאָל איבערגעבן די עלטערן, זיי זאָלן פאַרקויפן זייער ערד און נחלה, אָנזאַמלען געלט און קומען אים פון דער נויט אַרויסהעלפן, און עס ענדיקט זיך מיט די ווערטער פון אַלע ענלעכע אַזוינע לידער: „באַפריי, גאָט, דעם אָרעמען געפאַנגענעם אויף דעם הייליק־רוסישן ברעג, אינעם לאַנד דעם פריילעכן, צווישן פאָלק דעם קריסטלעכן”.

«Визволь, Боже, біднго невольника.
На свято руський берiг,
На край веселый,
Меж народ хрещеный...»

פּויערטעס, עלטערע און יינגערע, וויינען. באַנדוריסטן זינגען אַמאָל סאָלאָ, אַמאָל אין כאָר, און אין גרויסן יאַריד־טומל פון שטאָט און פונעם גאָר אַרום, און טומל פון האַנדל און פון גרויסן גנבישן הו־האַ האָט זיך ביי די באַנדוריסטן אַ קליין אינדזעלע מענטשן אויסגעטיילט, וואָס האָט זיך גענומען צייט און געוויסן אַלע פריער־אַמאָליקע געפענקענישן, סיי פון פאָלק, סיי פון איינצלנעם, צו באַזאָרגן און באַדויערן.

און סרולי איז צווישן יענעם בינטל. אַ האָר גייט אָפּ, אַז ער זאָל די האַנט אין הויזן־טאַש אַריינטאָן און פון דאָרט אַרויסבאַקומען זיין דודע־פייפל, מיט וועלכן ער קומט אויף אָרעמע חתונות חתן־כלה צו דערפרייען, און מיט דעם צום באַנדוריסטן־כאָר זיך פאַראייניקן. דאָס פייפל אָבער נעמט ער ניט ↰ 283 אַרויס, נאָר אַ היפּשע מטבע — יאָ, און דער אַרומיקער פּויערים־עולם באַוואונדערט דעם מאָדנעם פּאַרשוין, דעם משונה־אָנגעטאָנענעם יידן, וואָס ווי קומט ער גאָר אַהער, ווי קומען אים טרערן אין די אויגן באַגלייך מיט אַלע, ווי קומט ער אויף אַ קריסטלעך ליד אַזוי אָנטיילנעמעריש זיך אָפּרופן און מיט אַזאַ נדבה־מטבע פאַר די באַנדוריסטן זיך באַווייזן.

שפּעטער אַ ביסל האָט מען געקאָנט זען סרולין פונעם יאַריד־ראַיאָן אַרויס און אַוועקלאָזן זיך אין יענעם טייל שטאָט, וועלכער ליגט ווייט אָפּגעטיילט פון האַנדלס־מערק און יאַריד־פּלעצער — צום דריטן רינג, „אויף די זאַמדן”. דאָרט האָט ער זיך ערגעץ צו איינעם אַ קליינעם שטיבעלע צוגעשלאָגן, צו אונדזער באַקאַנטער שטוב פון דער איובן דערמאָנטער מלכה־ריווע. ער האָט אַ וויילע עפּעס דאָרט אַרומגעפּאַדעט, און אַז קיינער האָט ניט באַמערקט, האָט ער זיך געמאַכט, כלומרשט, צוליב עפּעס אָנבייגן צו דער שוועל פון יענער שטוב און פון דאָרט עפּעס אויפהייבן. ער איז געשטאַנען אַ וויילע און דאָס אויפגעהויבענע באַטראַכט, דערנאָך האָט ער, ווי אין גרויס חידוש, די טיר אויפגעעפנט, און צו דער ערשטער, וואָס איז אים אַנטקעגן געגאַנגען, צו מלכה־ריוועס שנור, אַ זאָג געטאָן מיט בייזער:

— וואָסי, ווייבל? אַזוי רייך זענט איר שוין, אַז געלט וואַלגערט זיך שוין ביי אייך אויף די שוועלן? זע, וואָס כ׳האָב געפונען.

— וואָסער געלט, און וואו געפונען? — האָט זיך יענע פאַרוואונדערט.

— אָט דאָ, ביי דיין שוועל.

דערהערנדיק דעם געשפּרעך, וואָס איז פאָרגעקומען אויפן הויכן טאָן אויף דער שוועל ביי מלכה־ריווען, זיינען די קינדער, די אייניקלעך מלכה־ריוועס, אַרויס צו זען, ווער פאַלט עס אָן אויף זייער מוטער מיט בייזער. אויך מלכה־ריווע האָט זיך אָפּגעריסן פון איר סידור, אין וועלכן זי האָט שוין געהאַלטן אין זאָגן, ווי אַלע פרימאָרגן, מיט די ברילן אויף דער נאָז אַראָפּגערוקט. זי איז צו דער שוועל צו און פּלוצים דערזען סרולין, דעם, וואָס איז איר בכלל גוט באַקאַנט פאַר אַן אָרעמאַן און אין די גבירישע הייזער אַן אַריינגייער, און באַזונדערס האָט זי אים געקענט פונעם לעצטן מאָל זיך אָנשלאָגן מיט אים ביי משה מאַשבער אין יענעם געוויסן אויפדערנאַכט, וואָס איבער אים, איבער סרולין, איז פאַר אירע אויגן דעמאָלט דער קריג פאָרגעקומען. זי האָט אים דערזען מיט אַ גרויס־ווערטיק פּאַפּירל אין די הענט, ווי ער שטייט און דערלאַנגט עס דער שנור אירער, און אַז יענע וויל ניט נעמען, שרייט ער אויף איר און בייזערט זיך:

— וואָסי? אַזאַ גבירנטע איז זי שוין, וואָס געלט וואַלגערט זיך ביי איר אויף די שוועלן?

— וואָסער געלט? — האָט אויך מלכה־ריווע פון איר זייט געפרעגט.

↤ 284

— אָט דאָס, — האָט ווידער סרולי געענטפערט, — ער איז דאָ פאַרבייגעגאַנגען, האָט ער גראָד אויף דער שוועל אַ קוק געטאָן, האָט ער עס דערזען, האָט ער עס אויפגעהויבן און אַריינגעבראַכט און גיט עס אָפּ צו וועמען ס׳געהער, ווייל וועמען אַנדערש זאָל ער דאָס אָפּגעבן? ס׳איז דאָך אויף זייער שוועל געלעגן?

מלכה־ריווע האָט זיך געוואונדערט און געוואָלט, ווי איר שנור, פון דעם זיך אָפּזאָגן — זאָגן, אַז ס׳איז ניט זייערס, אַז ס׳איז ניט שייך און זיי האָבן ניט געהאַט וואָס צו פאַרלירן. אָבער דאָ האָט זיך שוין סרולי גאָר צעבייזערט, און שוין אויף ביידע, אי אויף דער שנור, אי אויף דער שוויגער, זיך צעשריגן:

— נו, איז וואָס, אַז ניט זייערס? אָבער זיינס איז דאָס דאָך אַוודאי ניט, איז זאָל דאָס זיין ביי זיי! ניט? זאָלן זיי דאָס אַרויסוואַרפן, צוריק אויף דער שוועל לייגן, אָדער אָרעמעלייט צעטיילן.

ער האָט דערביי געכאַפּט אַ קוק אויפן קראַנקן, אויפן חולה אין שטוב, און דערזען, אַז דאָ ליגט אַ מענטש, וואָס ס׳גייט אים וואָס אַמאָל ערגער, די אויגן האָבן אים געגלאַנצט מער, ווי געוויינלעך — היציק און טרוקן, די באַקן איינגעפאַלן און אויפן שטערן איז ער געווען געשטעמפּלט, און די קנייטשן אויף אים האָבן עדות געזאָגט, אַז אונטער דעם שאַרבן פון יענעם מענטשן נעסטן זיך שוין מחשבות ניט פון קיין היגן אויף דער וועלט, נישט פון אַזאַ, וואָס האַפט נאָך לאַנג צו בלייבן צווישן די לעבעדיקע.

סרולי האָט זיך באַלד אויסגעקערעוועט אויף אַוועקצוגיין. דערביי האָט ער באַמערקט אויף די פּנימער פון אַלע אייגענע אין שטוב, נישט אויסגענומען אויך דאָס פּנים פונעם חולה, דאָס, וואָס מיר האָבן אויבן, אין אַ פריערדיק קאַפּיטל, דערציילט, ווען אין איינעם אַ פרימאָרגן האָבן יענער שטוב מיט איינעם אַ מאָל אַזויפיל גליקן געטראָפן, וואָס די שטוב האָט ניט געוואוסט און ניט געקאָנט טרעפן, פונוואַנען איז דאָס איר געקומען. די שטוב האָט ווידער דערפילט אַ פאַרבאָרגענע האַנט צו איר אויסגעשטרעקט מיט אומגעוויינלעכע גאָבן, וואָס אויף אַ געוויינלעכן אופן, אויב נישט מיט קיין נס, מיט קיין וואונדער, קאָן מען דאָס ניט דערקלערן און דערצו קיין באַשייד ניט געפינען.

מען האָט שפּעטער אַ ביסל ווידער געקאָנט זען סרולין שוין צוריק אין שטאָט אַרויפקומען, אָבער דאָס מאָל זיינען ביי אים די קעשענעס אָפּגעשטאַנען פון עפּעס פלעשער, וואָס ער האָט געהאַט אין זיי פאַרשטעקט. דאָס מאָל האָט ער זיך געלאָזט צו דער „לעבעדיקער” שול, וואָס, ווי אַלע שולן איצט, בעתן יאַריד, איז זי אין האַלבן טאָג געשטאַנען פאַרלאָזט, ליידיק, אָן דאַוונער און אָן לערנער, גאָר מיט איין מענטשן אין איר — מיט לוזין, וואָס די לעצטע צייט האָט ער דאָרט אין די פרימאָרגנס און אויפדערנאַכטן פאַרבראַכט מיט די זייניקע, און בייטאָג איינער אַליין, ווייל אַלע זיינען דעמאָלט פאַרנומען.

↤ 285

סרולי איז אָבער אין שול ניט אַריין, נאָר דורך אַ הויף־פאָרטקע, וואָס פירט אויפן אַלטן בית־עולם, איז ער אויפן בית־עולם אַרויף — אויפן שטילן, וואו קיין סטעזשקעס זיינען שוין ניטאָ, ווייל „מע לייגט” שוין דאָרט ניט לאַנג.

ווען מע וואָלט אים דערזען פון אַ שול־פענצטער, אָדער דורך איינעם אַ שפּאַלט אינעם אַלט־געבויטן פּאַרקן, וואָלט מען באַמערקט, ווי העכער האַלב איז ער אין הויך־געוואַקסענעם גראָז געגאַנגען. דער באָדן האָט זיך דאָרט אַראָפּגעלאָזט, און דאָס גראָז וואַקסט פון יאָר צו יאָר אַלץ העכער, אַלץ געדיכטער און שמעקט מיט מאָך, מיט ניט אָפּגעשניטענעם און מיט יאָר־יערלעכן ווידערוואוקס. ס׳איז דאָרטן שטיל און אויסער גראָז־גרילן הערט מען שוין אַפילו ניט, וואָס באַלד פון יענער זייט פּאַרקן טוט זיך. די קברים און מצבות — איינגעשלאָפן, פאַרדעקט און אַזוי פאַרלאָזט, אַז ס׳דאַכט זיך, אַז אַפילו די אייניקלעך פון די, וואָס ליגן דאָרט באַגראָבן, זיינען שוין אויך אויפן עולם־ האמת און דערום זיינען די סטעזשקעס אַהער אַזוי פאַרוואַקסן. ס׳הערשט דאָרט די שטילקייט פון אַ צווייענדיקן בית־עולם, דאָס הייסט, אי די שטילקייט פון אַ בית־עולם בכלל, אי די צוגאָב־שטילקייט פון אַזאַ, וואו מע „לייגט” שוין דאָרט מער קיינמאָל.

סרולי האָט זיך געלאָזט צום איינציקן הויכן בוים, צום אַלט־געוואַקסענעם, וואָס איבערן קבר פון באַוואוסטן הייליקן — דעם גרויסן ר׳ ליבער, וואָס אַרום אים ליגן אויך אַנדערע זיין גלייכן, שטאַרק אין זיין קבר אַריינגערוקט, מיט די ברייטע מצבות מיט שטיץ־שריפטן און געמעלן פון פיינער מלאכה. דאָרט האָט ער זיך אַוועקגעלייגט, אויף אים ניט אַרויסצוזען. ער האָט פּאַמעלעך די פלעשלעך אַרויסגענומען און, נאָך אַ וויילע רוען, גענומען טרינקען.

מ׳דאַרף זיך גענוי פאַרשטעלן דאָס בילד:

ס׳איז אַ מוראדיקער הייסער טאָג. אין שטאָט איז גרויסער יאַריד, וואו קליין און גרויס זיינען פאַרנומען, אויף די מאַרקן אַ מוראדיקער ליאַרעם, און דאָ, אינמיטן שטאָט, אויפן פאַרלאָזטן בית־עולם, אונטער אַן איינציקן אַלט־ און שטאַרק־צעוואַקסענעם בוים — דער קבר פון אַ גוואַלדיקן חשוב. די לעגענדע דערציילט וועגן אים, אַז די געוויסע „אַלטע” שול איז געבויט געוואָרן אויף יענעם אָרט, וואו ער, דער גרויסער ר׳ ליבער, האָט אַמאָל, ווען ס׳איז נאָך דאָרט געווען וואַלד, זיך אַמאָל שטאַרק פאַרדאַוונט און אונטער איינעם אַ בוים זיך געשטעלט שמונה־עשרה. גראָד איז אַ פּריץ דורכגעפאָרן און זיינע פערד האָבן זיך דערשראָקן פאַרן דאַוונענדיקן יידן, וואָס אין טלית־און־תפילין. זיי האָבן גענומען יאָגן, זיך צעפּאָלאָכעט, שיער דעם פּריץ פון וואָגן ניט אַרויסגעשמיצט, און דער פּריץ האָט באַפוילן זיין קוטשער מיט דעם יידן זיך צערעכענען. דער קוטשער האָט אים מיט דער בייטש געשמיסן מיט אַלע כחות, ווי אַ קוטשער קאָן, און דער גרויסער ר׳ ליבער האָט זיך ניט ↰ 286 גערירט, ביז ער האָט ניט פאַרענדיקט און ביז ער איז די שמונה־עשרה נישט אויסגעשטאַנען. און אָט דאָרט, לעבן יענעם קבר און נאָך ענלעכע אַזוינע קברים, אין טיפן גראָז, וואו ס׳האָט געשמעקט מיט מאָך און פיליעריקן ווידערוואוקס, איז אין דער קיל איינער אַ פּאַרשוין, אונדזער סרולי, געלעגן, און אינמיטן העלן טאָג פון פלעשלעך געזופּט.

ווען זייטיקע וואָלטן אים ביי אָט דער מלאכה אויף יענעם אָרט דאָרט דערזען, וואָלט מען אים זיכער ווי אַ הערינג צעריסן. אָבער ער, סרולי, האָט ניט געטראַכט דערפון, און ער האָט זיך געטאָן זיינס. פון דער היץ אין דרויסן, פונעם נאָר־וואָסיקן שטאָטישן רעש געקומען און פונעם געטראַנק אין דער קיל צווישן קברים, איז אים, ווייזט אויס, אי שווער געווען צו מוט, אי לייכט. שווער — וואָס ער איינער פון אַ גאַנצער וועלט אַן אַרויסגענומענער, לייכט — ווי יעדער אַזאַ סאָרט פּאַרשוין, וואָס האָט באַליבט די איינזאַמקייט.

ער האָט גענומען זיך פון האַרצן אָפּרעדן, פריער פאַר זיין קרענקלעכער פאַרשטעלונג, פאַר זיין „דיבוק”, דערנאָך שוין פאַר די אותיות פון דער מצבה פונעם גרויסן ר׳ ליבער, און ער האָט צו זיי, ווי צו לעבעדיקע, גערעדט. ער האָט אַפילו (ס׳אַ בזיון צו זאָגן) פאָרגעלייגט דעם גרויסן ר׳ ליבער צוזאַמען און בשותפות מיט אים אויסטרינקען, און אַז יענער, האָט אים געדאַכט, האָט ניט געוואָלט, האָט ער אים מיט געוואַלט געגעבן, און ער האָט יענעמס טייל משקה אויף דער מצבה געגאָסן.

— נישקשה, — האָט ער געזאָגט, — טרינקט, ר׳ ליבער! איר טאַקע אַ הייליקער, און איך — אַ „לא יבא בקהל” *), אָבער כסף איז דאָך מטהר ממזרים **), און געלט האָב איך, אויב ניט מזומן, איז וועקסלען, איז שוה כסף ***) — די ווערט פון געלט.

און דאָ האָט סרולי די וועקסלען פון בוזעם־קעשענע אַרויסגענומען און זיי פאַר דער מצבה באַוויזן:

— אָט, זאָל ער זען, דער גרויסער ר׳ ליבער, און זאָל ער זיך ניט איבערנעמען און זאָל אים סרוליס נאָענטקייט ניט שווער זיין. וועקסלען זיינען געלט, און ביז יענער, דער, וואָס איז דאָ אויף זיי געחתמעט, האָט ניט אָנגעזעצט, איז דאָס מזומן... און ניט נאָר אויף דעם, וואָס ער ווייזט אים דאָ, אויף דעם היגן גביר, ר׳ משה מאַשבער, האָט ער וועקסלען, ער האָט אויך אויף אַ גרעסערן, אויפן גביר פון אַלע גבירים, אויף דעם, וואָס „לי הכסף, לי הזהב” ****), זאָגט ער, אויפן רבונו־של־עולם אַליין, און ער בעט אים טאַקע, ר׳ ליבערן, ↰ 287 אַז ער זאָל דאָרט פון אויבן איבערגעבן, זאָגן, אַז ער, פּלוני בן פּלוני *), סרולי גאָל, האָט צו אים טענות און תביעות, און אַז ער וועט אַמאָל קומען צו פאַר זיין שטול צום דין, וועט ער זיי פאַר אים אויסלייגן. דערווייל אָבער בעט ער, אַז ער, דער גרויסער ר׳ ליבער, זאָל דאָס פאַר אים טאָן.

*) אַזאַ, וואָס טאָר ניט אַריינגעלאָזט ווערן צווישן מענטשן.

**) געלט מאַכט כשר ממזרים (אומגעזעצלעך-געבוירענע).

***) אַזוינס, וואָס איז גלייך ווי געלט.

****) מיר געהער דאָס זילבער, מיר געהער דאָס גאָלד.

— נישקשה, — האָט סרולי ווייטער פאַר דער מצבה און צום גרויסן ר׳ ליבער געטענהט, — ס׳מעג אים אָנשטיין גיין אין זיין שליחות: כאָטש ער איז אַ גרויסער חשוב — אַ געשמיסענער פון אַ בייטש פון אַ פּריץ, האָט דאָס אָבער מיט אים געטראָפן נישט מער, ווי איין מאָל, און מיט אים, סרולין — פיל־פיל מאָל. און אויב פאַר איין מאָל שמייסן האָט מען אים, דעם ליבערן, אויסגעבויט די אַלטע שול, קומט אים, סרולין, פאַר פיל מאָל, אויב ניט די אַלטע, איז נישקשה אַ נייע, אָבער אַ שול קומט אים. אַזוי, אַז ס׳מעג אים אָנשטיין...

דער טאָג האָט געברענט, די היץ האָט אין קאָפּ געשלאָגן. סרולי איז געזעסן אין האַלב־קיל צווישן הויכע מאָכיקע גראָזן און האָט רואיק מיט דער משקה זיך געטיילט מיט דעם, וואָס זיין נאָמען איז געשריבן אויף דער מצבה: זיך אַ זופּ, אים אַ זופּ, זיך אַ טרונק און דער מצבה אויפן קאָפּ געגאָסן. אַזוי לאַנג, ביז די פלעשלעך זיינען אים ליידיק געוואָרן און זיין קאָפּ — פול. און דאָס פולקייט איז אים אין די אויגן געקומען, און אַלץ האָט זיך אים גענומען דרייען — דער בית־עולם מיט די קברים, דער בוים, וואָס איבער זיין קאָפּ, האָט זיך אים, ווי מיטן וואָרצל אויפגעשטעלט, דער הימל מיט דער ערד האָבן זיך מיט די ערטער געביטן, און אַלץ, וואָס ער האָט היינט געזען אויפן יאַריד, ווי למשל, דאָס, ווי לייב דער רופא און מנשה זיין יונג האָבן „געהאַקט” מכות ביי די פּויערטעס אויף די ברוסטן, אונטער די פּאַכוועס, געריסן ציין מיט אָפּצווענגעס, געלאָזט צו דער אָדער און געצאַפּט בלוט אין די בעקנס; אויך דאָס, וואָס ער האָט דערנאָך געזען ביי די בלינדע בעטלער מיט די צוגעמאַכטע און אָפענע אויגן־לעפלעך; דאָס, וואָס ער האָט ווייטער געזען ביי מלכה־ריווען אין שטוב — זיסיע דער חולה מיט די אָפּגעצערטע באַקן און געלזיכטיקער מראה שוין פון אַ האַלבן מת, וואָס האָט אים אַראָפּגעקוקט פונעם פּנים און שטערן, — דאָס אַלץ, צוזאַמען מיט דער משקה, וואָס ער האָט אויסגעטרונקען און אויף דער ערד אויסגעגאָסן, האָט זיך אים צוזאַמענגעמישט און האָט אים געמאַכט די וועלט פאַר די אויגן זיך דרייען. אַ ניטגוטקייט איז אים באַפאַלן, און ער האָט זיך מיטן קאָפּ אין דער מצבה אָנגעשפּאָרט. ער האָט זיך אַ וויילע רואיק געהאַלטן, דערנאָך האָט אים דאָס שלעכטיקייט פון אינעווייניק אַ גיי געטאָן, און ער האָט גלייך אויף דער מצבה אַ בראָך געטאָן און זי פון אויבן ביז אַראָפּ אָפּגעווערזעט...

*) יענער און יענער, דער זון פון יענעם און יענעם.

↤ 288

ס׳איז אים לייכטער געוואָרן. ער האָט זיך גלייך פאַרשעמט, דערזעענדיק, וואָס ער האָט דאָ אָפּגעטאָן. ס׳האָט זיך אים אַ ביסל אין מוח אויסגעלייטערט, און ער האָט זיך אויף צוריק אומגעקוקט צו דער שול, צו דער „לעבעדיקער”, וואָס האָט מיט איר מזרח־וואַנט אַהער צום בוים און צו די מצבות געקוקט, און ס׳האָט זיך אים געדוכט אין איינעם אַ פענצטער לוזיס קאָפּ צו דערזען. מעגלעך, אַז יענער האָט זיך ווירקלעך טאַקע דאָרט געוויזן, און מעגלעך אויך, אַז סרולין האָט זיך דאָס נאָר אויסגעדוכט, אָבער פאַרשעמט איז ער געווען, ווייל געדוכט האָט אים, אַז יענער האָט אים אין שאַנד און אין מצבה־פאַרשוועכונג געזען.

ער האָט זיך געוואָלט פון אָרט אויפהייבן און נישט געקאָנט, און ער האָט דערום האַלב־שיכור און שלאַבעריק שוין איצט צו זיך אַליין גערעדט:

— אַז ער האָט אָבער געזאָגט, אַז ער דאַרף „חיזוק” *), אַז אַליין וועט ער, ווער ווייסט וואוהין פאַרקריכן... און אָט האָט זיך אים דאָס שוין אַ פּאָר מאָל טאַקע געמאַכט, און ער קאָן די אויגן נישט אויפהייבן פון בושה פאַר זיך אַליין, ובפרט אים, לוזין, ווי וועט ער אין די אויגן קוקן?

ער האָט זיך דאָך ווי־ניט־ווי אויפגעהויבן פון לעבן יענער מצבה, וואו ער האָט אָפּגעטאָן די ניט שיינע זאַך, און איז אין אַ זייט אָפּגעטראָטן. דאָרט האָט ער זיך לעבן אַ צווייטער אַראָפּגעלאָזט און אין איר זיך אָנגעשפּאַרט. ער האָט דעם קאָפּ פאַרלוירן, און, אויף וויפיל געדענקט ער ניט, אַנדרעמלט געוואָרן — אויף אַזוי לאַנג, ביז די זון האָט דורכן פאַרצווייגטן אָרט פון בוים אָפּגעקערעוועט און אים אין קאָפּ דערלאַנגט. דעמאָלט האָט ער זיך אויפגעהויבן און צו דער שול זיך געלאָזט, און אַריינקומענדיק אינעווייניק, האָט ער זיך געטראָפן — זיך איינעם אַליין ביי דער שוועל שטיין, און אַנטקעגן אים, ביי איינעם אַ שטענדער, וואָס אין מזרח־וואַנט, — לוזין אַ זיצנדיקן.

ס׳איז שוין געווען נאָך האַלבן טאָג. אַלע פענצטער אין אַלע זייטן פון דער שול, וואָס האָבן אויפן בית־עולם אַרויסגעקוקט, זיינען געשטאַנען אָפן. אין אַלע זיי האָבן זיך גרינס, גראָז, קוסטעס, ביימלעך אָפּגעשפּיגלט — אַ זאַך, וואָס אין אַלע אַנדערע שולן איז דאָס ניט צו זען און זעלטן צו מערקן. אויך די שטילקייט און איינזאַמקייט דאָ אַן אויסגענומענע, ווייל די שול אין אַ זייט פון שטאָט, האָט דאָ דערום פון ערגעץ אויך קיין קול, קיין קלאַנג ניט דערלאַנגט.

לוזי איז געזעסן אין מזרח. שוין לאַנג, ווייזט אויס, נאָכן דאַוונען, און דערום אָן די תפילין, נאָר אין טלית, ווי יעדעס מאָל ער איז געוואוינט: נאָכן דאַונען היפּשע שעהן אַזוי צו בלייבן לערנען. באַזונדערס נאָך איצט, אין חודש אלול. איצט אָבער האָט ער ניט געלערנט, נאָר געזאָגט „תיקונים”. ער איז אַזוי פאַרטאָן געווען, אַזוי פאַרכאַפּט פון זיין זאַך, אַזוי פאַרשלונגען, אַז ↰ 289 ער האָט דאָס מאָל זיך געפירט ניט ווי זיין שטייגער, ביים געוויינלעכן לערנען, ווען ער האַלט זיך שטיל און לערנט נאָר מיט די אויגן. ניין, דאָס מאָל האָט ער הויך אויף אַ קול געזאָגט און אויך אויף אַ קול געוויינט...

*) אָנהאַלט.

ער האָט סרוליס אַריינקומען נישט באַמערקט. פאַרקערט, סרולי, וואָס האָט זיך אויף זיין לעבן מיט היפּש פרומקייט אָנגעזען, און וואָס דערצו נאָך איז ער איצט האַלב־שיכורלעך געווען, וואָס דאָס וואָלט אים גיכער דערלויבט אַזוינע זאַכן, ווי לוזיס זאָגן, פאַרביי די אויגן לאָזן ,איז דאָך, דערזעענדיק איצט לוזין, ווי צו זיין אָרט צוגעשמידט געבליבן, גלייך נישט קיין כוח און נישט קיין ווילן האָבן אים געקלעקט פון זיין אָרט אַפילו איין טריט צו מאַכן.

* *
*

צוליב נויט, מוזן מיר דאָ ווידער זיך אינמיטן איבעררייסן, כדי צו זאָגן פאָלגנדיקס:

פאַר אונדזערע לעזער, וואָס ווייסן ווייניק פון לוזיס ביאָגראַפיע, קער געוויס בלייבן די גאַנצע צייט אומפאַרשטענדלעך און אויך אומגלייבלעך די גאַנצע מעשה מיטן בינדן־זיך פון אַזאַ פּאַרשוין, ווי סרולי, צו לוזין: — „וואָס האָט ער אין אים דערזען? וואָס האָט אים צו אים געצויגן, און וואָס אַזוינס האָט געשמעקט אין דעם פאַר יענעם? — קער מען געוויס פרעגן. — אַזוי ווייט, אַז אַפילו איצט, אין אַזאַ מאָמענט, ווען סרולי האַלב־שיכור, נאָך אַ טרונק און נאָך אַ שלאָף — האָט ער אים געדענקט און פון שיכורן אויג ניט אַרויסגעלאָזט.”

גערעכט, — זאָגן מיר, און דאָס אַלץ וואָלט געוויס קלאָר געוואָרן און קיינע ספקות ניט אַרויסגערופן, ווען מיר וואָלטן געזען לוזין אין טאַט. דאָס אָבער קאָן געשען ערשט דעמאָלט, ווען מירן איבערגיין פון דעם ערשטן טייל פון אונדזער דערציילונג, וואו מיר האָבן זיך פאַרנומען הויפּטזאַכלעך מיט באַשרייבן מענטשן, צו דעם צווייטן — צו באַשרייבן געשעענישן. דערווייל אָבער, פילן מיר, אַז מיר האָבן אַפילו, פאַרן מענטשן פון לוזין, ד. ה. פאַר זיין ביאָגראַפיע, נישט איבעריק יוצא געווען — אַ זאַך, וואָס דאָס זיינען מיר שוין געוויס אין דעם טייל מחויב געווען צו טאָן. מיר האָבן דאָס אָבער פאַרזען און מיר האָבן געפונען דאָ דאָס אָרט — כאָטש אייליק און ניט רעכטצייטיק — אין קורצן און כאָטש מיט אייניקע שטריכן זי צו דערפילן.

מיר גלייבן, אַז אַפילו אַליין דאָס קליין־ווייניק, וואָס מיר וועלן דאָ צוגעבן, וועט אויך שוין זיין גענוג, אַז ס׳זאָל אין אַ געוויסער מאָס כאָטש קלאָר ווערן, אַז סרולין האָט דאָ אַ געוויסער אינסטינקט געפירט — אים — אַן אַרויסגעשטויסענעם פון זיין דור, אָנצוטרעפן אויף זיין פּאָר, אויף לוזין, וואָס איז אין אַ געוויסן פּרט אויך אַזאַ, ווי ער — אַרויסגעשטויסן — אויף צוזאַמען טליען, רייכערן און אפשר ווען־ניט־ווען אויך אויפצופלאַקערן.

↤ 290

איז אַלזאָ, צוריק צו לוזיס אָנהייב:

מע דאַרף אַפריער נאָר געדענקען, אַז ס׳האַנדלט זיך דאָ וועגן אַ צייט, ווען מענטשן פון אַ לוזי־שניט זיינען געצוואונגען געווען דורכצומאַכן דעם געוויסן וועג פון פאַרשיידענע אָבערגלויבעריי, פאַרדאַרבערישע און אָפּנאַרערישע פאַרן כלל, און ס׳רוב אַפילו אויך צו זייער אייגענעם גענאַר און פאַרדאַרבן, און אַז זייער טרוים און פאַנטאַזיע איז אויפגעבויט און נייטיק און נוצלעך געווען אין יענער וועלט, כדי צו פאַרדעקן אָדער צו פאַרפּוצן אַזוינע זאַכן, וואָס, ווען ניט פאַרדעקט, האָט דאָס געקאָנט שאַטן אין גאָרן מאַטעריעלן און גייסטיקן געביין.

* *
*

ס׳האַנדלט זיך וועגן יענער צייט ביי לוזין, ווען ער האָט פאַר זיין זיידן דעם שבתי־צביניק זיך גענומען פּייניקן. ער איז געשלאָפן אויף דער ערד. געטראָגן ליים אין די שיך. ער פלעגט איבערשטיין גאַנצע שעהן, באַזונדערס ביים דאַוונען, מיט אַראָפּגעלאָזטע הענט, ניט דערלויבן זיך קיין ריר טאָן, זיי אויף קיין רגע ניט אויפהייבן, ביז זיי פלעגן זיך אים אָנגיסן, ווי צוויי עמער, געשוואָלן און געדראָלן.

ווען ער פלעגט זיך שוין יאָ אַמאָל דערלויבן אַוועקלייגן אויף אַ געלעגער, איז דאָס געווען נאָר אין פייערלעכע טעג, אין אַ יום־טוב אָדער שבת, אי דאָס אויך נאָר אויף אַ מין שמאָלער באַנק פון אָנדערהאַלבן ברעטער די ברייט, אָן שום אונטערגעבעט, און דעם צוקאָפּנס האָט ער אַוועקגעלייגט אינמיטן, כדי די פיס זאָלן זיך אים אַראָפּהענגען...

ער האָט אויסגעזען יונג, אָבער מוראדיק קערפּערלעך פאַרמאַטערט — אַזש אַ קעלט איז פון אים געגאַנגען. ס׳האָט היפּש געדויערט און, ווי מיר האָבן צום אָנהייב דערציילט, האָט עס שוין מיט אים געהאַלטן שלעכט, געהאַלטן ביי קרענק און זיך אַוועקלייגן, ביז, ווי דערמאָנט, מע האָט אים צו יענעם רבין געבראַכט, צו וועלכן ער האָט זיך דערנאָך שטאַרק צוגעבונדן, און יענער האָט אויף אים אָנגעשריגן, אים פון זיין נזירות אויפגעלייזט, און לוזי האָט געפאָלגט.

מע האָט ניט באַוויזן זיך אַרומקוקן, ווי לוזי, וואָס איז נאָך זייער יונג געווען און סאַמע אין בעסטן בלי, האָט אויף זיך לייב גענומען, די אַקסל האָבן זיך אים צעשפּאַרט, די ביינער געקרעפטיקט, און די קליידער, וועלכע זיינען אויף אים פריער געהאַנגען, האָבן באַלד גענומען פּלאַצן אין די נאָטן.

ס׳אַ נייע הויט אויף אים געקומען, און לוזי איז איבערגעגאַנגען אין היפּוך פון דעם, אין וועלכן ער האָט זיך פריער געפונען. לוזי איז געוואָרן דער פריילעכסטער און באַליבטער מקורב ביים רבין, פון אַלע עלטערע זיך אויסגעטיילט מיט יוגנט, פון אַלע יינגערע — מיט אַזאַ קראַפט און איבערגעפולט ↰ 291 פון כחות, אַז אַפילו די סאַמע יינגסטע האָבן זיך אויף אים פאַרקוקט מיט קנאה.

אויף אַלע שמחות, ווי אויף רייבאישע יום־טובים, אויף רבייאישע חתונות, ווען אַ וועלט פאָרט זיך צונויף און ווען אַ געוויינלעכער — און אַפילו ניט קיין געוויינלעכער — מענטש זעט זיך דעמאָלט ניט אָן, האָט זיך ער, לוזי, אויסגעטיילט פון אַלע, אויף אים צו באַמערקן, צו באַוואונדערן אַלס שיינדל און אַלס אַזוינער, וועלכער אַלע שפּיגלען זיך אין אים, און וואָס יעדער „הויף” איז מקנא יענעם, וועלכער פאַרמאָגט און האַלט אין זיין שויס אַזוינס.

דער סאַמע פריילעכסטער, דער בעסטער דאַוונער, דער גרעסטער טענצער, דער אַלערליבסטער און סאַמע נאָענטסטער ביי אַלע און ביי אַליין דעם רבין. ער האָט געגעסן און געטרונקען מיט שמחה, און מער ווי געגעסן און געטרונקען, האָט אים די פרייד פון די אַקסלען געשפּירט פון הוילן נחת נאָר, וואָס ער לעבט אויף דער וועלט.

ער האָט געלערנט, געדאַוונט, געלעבט מיט אַזאַ הנאה וואָס ווער ס׳איז לעבן אים געשטאַנען נאָענט, האָט דורך אים געקאָנט זען די וועלט אַן אַנדערע, ווי ער האָט זי אַליין געזען — אַ באַליבטע, אַ באַשיינטע און דערלאַנגט אויף אַזאַ אופן, וואָס איז כדאי זי צו באַליבן. ער האָט אָנגעשטעקט זיין אַרום מיט דעם, וואָס ווייניק מענטשן זיינען מיט דעם באַשאָנקען, נעמלעך — מיט אַ וואַרעמער ליכט, וואָס איז פון אים געגאַנגען.

באַזונדערס האָט זיך דאָס ביי אים אַרויסבאַוויזן אין אַ שמחה־צייט, ווען פיל פאָלק איז צוזאַמען, ווען געמיטער אויפגעשנורעוועט, און ווען שמחה איז אַליין גרויס און ווערט נאָך גרעסער, ווען זי האָט אַ צענטער, אַ מיט־פּונקט, פונוואַנען זי גייט אַרויס און צעשטראַלט זיך אין איר קרייז און אַרומיקייט. דעמאָלט האָט מען אים, לוזין, געזען ממש, ווי מיט פליגל. ער האָט געטרונקען, און זיין קול האָט דעמאָלט אַלעמענס אַריבערגעקלונגען. דאָס ערשטע קלוגע, דרייסטע, אַלעמען נאָענטסטע וואָרט האָט ער געהאַט אויף צו פריילעך מאַכן און אַלעמענס הערצער צו פאַראייניקן און אין נאָענטקייט צוזאַמעננעמען.

מע האָט אים דעמאָלט באַדאַרפט זען סאַמע בעת דער רעכטער, געדיכטער שמחה, בעת אַ רבייאישער חתונה, ווען פיל שטריימלעך און שוואַרץ־זיידענע און ווייס־אַטלעסענע קאַפּאָטעס זיינען געזעסן ביים הויפּט־טיש אויסגעזעצט. ווי אַזוי מע האָט זיך מיט אים באַרימט, און ווי אַזוי פּנימער האָבן געשיינט, ווען מע האָט דערזען לוזין אויפטרעטן אין העכסטן קרייז פון אַ גוואַלדיקן עולם אַרומגענומען, וויסנדיק, אַז מיט אים וועט מען ניט פאַרשעמט זיין, און אַלע בייזייענדיקע געסט, קרובים, מחותנים פון אַלע „הויפן” וועלן דאָ מקנא זיין. און מען האָט טאַקע מקנא געווען.

לוזי איז שוין יעדעס מאָל דעמאָלט געווען אַ ביסעלע באַטרונקען, אָבער אויף זיין שטאַלטנער פיגור און אויף זיין יונג קרעפטיק פּנים מיטן יונגן נאָך בערדל האָט מען קיין סימן שיכרות נישט באַמערקט. לוזי האָט געקוקט צום ↰ 292 עולם מיט דאָרשטיק־טרוקענעם פייער אין די אויגן, ווי אַ קינד, וואָס הייבט זיך אָן לערנען גיין און האַלט די אויגן צו דער מוטער געווענדט, אין זיכערקייט און אין האָפענונג, אַז זי וועט ניט לאָזן פאַלן, ניט לאָזן זיך שעדיקן און דעם ציטעריק־נייטיקן גלייכגעוויכט אין נייטיקן מאָמענט דערלאַנגען.

לוזי האָט געטאַנצט. ס׳איז כסדר פאָרגעקומען אין אַ גרויסן, ספּעציעל אויסגעבויטן שאַלאַש פאַר חתונות, וואו יידישע באַלמעלאָכעס האָבן זיך געקליגט אַן איינשטאָקיק געביי פאַרוואַנדלען אין צוויי, כדי צו פאַרטאָפּלען די צאָל פּלעצער פאַר אַזוינע, וואָס וועלן ניט האָבן דאָס גליק צו באַקומען אַן אָרט פון אונטן, זיי זאָלן פון אויבן, פון אַ מין יאַרוס, קענען אַראָפּקוקן.

ס׳איז געווען מוראדיק ענג. מענטשן זיינען געשטאַנען אויף קעפּ, און שמשים האָבן שוין געוואוסט און מע האָט פאַר לוזין אַ וואַרע געמאַכט און אין גרויסער ענגשאַפט אַ ראָד פאַר אים צעשטופּט.

לוזי איז אַרויס, יעדעס מאָל צוערשט מיט די אויגן צו די שפּיץ שטיוול אַראָפּגעלאָזט, ווי ער וואָלט זיך געשעמט פאַר עפּעס, געקווענקלט, און ווי ער וואָלט באַטראַכט די פיס, מיט וועלכע ער דאַרף איצט פאַר אַזאַ גרויסן עולם אַרויסטרעטן, זען, צי קאָן ער זיין זיכער מיט זיי. ער האָט צום אָנהייב זיי באַטראַכט, ווי אַ גוטער באַלמעלאָכע באַטראַכט זיין געצייג, איידער ער גייט מיט דעם זיין מלאכה טאָן.

באַלד איז ער מיט זיי זיכער געוואָרן, און לוזי האָט זיך ביי דער זייט פון דער געמאַכטער ראָד, האַרט לעבן איר אויסגעבילדעטער וואַנט, האַרט און אָנרירנדיק כמעט די מענטשן, וואָס האָבן זי געבילדעט, זיך אַוועקגעלאָזט, ווי אַ מין לייכטער פויגל, וואָס דרייט זיך אַרום זיין געווינס און ליבע, צו וועלכער — איידער ער וועט זי באַהערשן — שאַפט ער זיך ווינט און פּלאַץ און אַ פאָרבאַרייטנדיקן ליבע־קרייז.

ער האָט אַרומגערינגלט די ראָד פון אינעווייניק — איין מאָל און נאָך אַ מאָל, און דער גאַנצער עולם, סיי דער, וואָס פון אונטן, סיי דער, וואָס אויפן הויכן יאַרוס, איז שוין געווען זיינער. גלייך ער, דער עולם, וואָלט אין דער מינוט ניט געהאַט גאָרניט אויף זיין וועלט, אויסער דאָס: — אַ גרויסע ראָד, און אינמיטן — איינער, וועלכער וואָלט אויסגעזען, ווי מע וואָלט אים פאַרגעבן אַ מין רעטעניש, אָדער אַ מין אוצר איז אים ערגעץ דאָרט אין דער ראָד פאַרגראָבן, און ער דאַרף אין גרויסן שטילשווייגן און מיטן כוח פון עפּעס אַ פאַרהוילנסטן אינסטינקט דאָס רעטעניש טרעפן און דעם אוצר צו אַלעמענס גליק, אַרויסגעפינען.

און אָט האָט זיך לוזין געדוכט אַ שפּור... ער איז אַרויס מיט אַזאַ פאָרזיכט, ווי אַ יענער אין וואַלד צווישן קוסטעס פאַרטייעט, ווען ער פאַרשפּירט זיך אויף אַזויפיל, אַז ער הערט ניט זיין אייגענעם אָטעם. דערביי האָט מען זיי יונגן, שלאַנקן קערפּער באַמערקט, ווי ער איז אָנגעשטרענגט און אַלע וויילע ↰ 293 טוט ער זיך אַ וואַרף פון איין אָרט אויפן צווייטן און בלייבט ווייטער אַ וויילע פאַרטייעט. דאָס זוכן געדויערט, ווי דורך אַ גרויס פאַרשטעלעניש, דורך גאָר טונקעלן און האַלב־טונקעלן, מאַכט ער זיך אַ וועג צו זיין ציל. און אָט האָט ער עס, אָט האַלט ער שוין ביים דערגרייכטן.

דאָ דערפרייט זיך לוזי. ער לאָזט ווידער אַראָפּ די אויגן צו זיינע פיס, ווי מיט אַ דאַנק דערפאַר, וואָס זיי האָבן אים אַרויסגעהאָלפן, און וואָס, ווי יעדעס מאָל, ווען ער פאַרלאָזט זיך אויף זיי, האָבן זיי אים אויך איצט, אויך היינט, זיין האָפענונג ניט גענאַרט. ער נעמט מאַכן שפּאַן מיט זיי, און יעדער שפּאַן, פילט מען, איז אַ דאַנק, יעדער טריט — אַ לויב דער ערד, וואָס לוזי וואַקסט אויף איר און וואָס זי האָט אין זיך געפינסן פאַר אים. ער פאַרהייבט די פּאָלעס, גלייך ער וואָלט איבער די קניען אין גאָלד געגאַנגען, און די אויגן זיינע דערביי זיינען געווענדט מיט אַ שמייכל פול מיט לויב צו די, וואָס רינגלען אים אַרום און וועלכע האַלטן אים בעתן טאַנצן, און לוזי דאַנקט פאַרן אָנהאַלט, פאַר דער שטיצע.

זיין שמחה שטאַרקט זיך. און דאָ דערזעט דער עולם, קוקנדיק אויף לוזין, וואָס אַ מענטש, וואָס איין מענטש נאָר, קאָן אין איין מינוט אַמאָל טאָן מיט אַ מאַסע, מיט אַ גרויסן כלל. אַלעמענס אויגן האָבן אים אַזוי באַקלעפּט, אַלעמענס אָטעמס זיינען אַזוי אָנגעהאַנגען געווען אין אים, יעדע מינדסטע באַוועגונג זיינע איז געווען אַזוי אין קאָנטאַקט מיט אַלעמענס באַגער צו מאַכן די זעלבע באַוועגונגען, אַז ס׳איז ניט געווען אונטערצושיידן פון דעם, וועלכער ס׳מאַכט זיי, ביז די, וועלכע שפּירן אים נאָך און וועמען ס׳דאַכט, אַז ניט ער, נאָר זיי אַליין מאַכן זיי גענוי און פּינקטלעך...

אַ ווילדער וויכער האָט זיך פאַר זייערע אויגן געטראָגן אין דער געשטאַלט פון אַ יונגן, אַ פלינקן, וואָס אַמאָל האָט ער, מעשה־קאָזאַק, מיט איין האַנט אויף דער פּאָטיליצע פאַרלייגט, געמאַכט אַ ראָד אין אַ ראָד, אַ קרייז אין אַ קרייז אַרום זיך אַליין און אַרום זיין אייגענער איבערגעפולטקייט; און אַמאָל פאַרקערט, האָט ער, מעשה־זקן, ווי שוין פון מאַנגל אין כחות, פּאַמעלעך זיך געלאָזט, אָבער דערפאַר אין זעלטענער מיושבדיקייט און שטאַרק געלייטערט, ווי ווען אַלעס בעסטע און דערפאַרנסטע ווערט אין דער איידלסטער און געשטילטסטער פאָרם דערלאַנגט.

אַמאָל האָט ער, טאַנצנדיק, ווי אין אַ שטילן גאָרטן געשפּאַצירט, ווי בעת אַ זון זעצט זיך און אַלץ אַרום ווערט פון דער פאַרנאַכט־שטילקייט באַהערשט; אַלעם לעבעדיקע, אַלעם באַפליגלטע, דאָס זשומענדיקע און צוויטשערנדיקע פון טאָג ווערט אויף שלאָפן באַלייגט, און איינער נאָר אַ מענטש אַ לעבעדיקער טוט פאַר זיי אַלע זייער טאָג־חשבון מאַכן, באַזיניקט און באַטראַכט זיי זייער זין. און אַן אַנדערשמאָל ווידער האָט מען אים געזען, ווי אַליין אַזאַ מין געפליגלטער, ווי ער, ווערט צו טאָג און צו זון אויפגעוואַכט און פון פרייד פון ↰ 294 דער זון און דערוואַכונג, ווייסט ער ניט וואָס צו טאָן מיט זיך, הייבט זיך אויף אין רוים, און דער רוים איז אים ווי צו ענג, נידערט אַראָפּ און קומט ווידער אַרויף, און דער שלונג און דער האַלדז איז אים צו ווייניק פאַר דעם לויב און ליכט, וואָס וואַרגט אים.

דעמאָלט האָט מען געזען, ווי לוזי האָט ווידער, ווי צום אָנהייב טאַנץ, זיינע אויגן געווענדט צו די, וואָס רינגלען אים אַרום, אין וועלכע, ווי ס׳האָט זיך געדאַכט, אַז אַלע זיינע חיותן הענגען, און פון גרויס איבערפולטקייט האָט ער זיך צו זיי ווי מיט אַ מין אויסגעשריי געווענדט:

— עולם, — האָט ער אויסגעשריגן, — כ׳קאָן דאָס ניט אַרויסברענגען, כ׳האָב קיין ווערטער ניט, נאָר מיט דעם, מיט די פיס, מיטן טאַנץ, — הייסט עס, — האָט ער מיט די אויגן אויף די פיס געוויזן, — און ווי אַ יונעגר הירש, וואָס יונגע הערנער האָבן אים נאָר־וואָס אויפגעשפּראָצט, האָט ער מיט אַזאַ זינגענדיקער לייכטקייט אין ראָד ווידער אַ גיי געטאָן, מיט אַזאַ פאַרכלינען זיך פון אייגענער שפּילנדיקער קראַפט, אַז מענטשן האָבן מורא געהאַט צו קוקן, ווייל מענטשן אַרום האָבן דאָ דערפילט, ווי אַ מענטש פאַרגייט זיך און פון איבערפלוס פון גוטס און אייגענער ווילדער אַנטציקונג קאָן ער זיך, חלילה, פון זינען רירן...

— עולם! גיט אים איבער, דעם, וואָס כ׳האָב ניט דעם ווערט צו דערמאָנען זיין נאָמען, אַז ווען אַפילו כל עצמותי תאמרנה *)... איז אויך ווי אַ טראָפּן זאָל לויפן דעם ים...

*) אַלע מיינע ביינער זאָלן זינגען.

* *
*

מיט אַזאַ־אָ פאַרבלענדטקייט פלעגן דעמאָלט דערציילן וועגן לוזין אַלע יענע, וועלכע זיינען מיט אים פון איינע אָנשויאונגען און איין וועלט געווען, פון איינער ברוסט השגות געזויגן און וואָס אַזוינע אַרט אויפפירונגען און מידות ווי לוזיס האָבן זיי אַלס מוסטער געדינט און זיי האָבן זיי כמעט פאַראייניקט.

אָט אַזוי, האָבן זיי דעמאָלט ווייטער פאַרבלענדט דערציילט, לוזי, ווען ער איז יונג געווען, ווען ער האָט אין שמחות און יום־טובים אָנטייל גענומען, ווען ער — דער צענטער, ווען אַלע עלטסטע האָבן אים, ווי דעם יורש זייערן באַטראַכט, און אַלע יינגסטע האָבן זיך פון אים אַ מוסטער גענומען. ער פלעגט דעמאָלט נאָכן טרינקען פון פאַרן טאַנץ — ערשט נאָכן טאַנץ אַ ירדן קאָנען אויסטרינקען. ער פלעגט אין דער פּאַסיקע און אין ראַש אַריין, און יעדעס מאָל האָט מען שוין געוואוסט, אַז ער פלעגט דעמאָלט ווידער פאַרן עולם קומען, מיט מוט זיך אָננעמען, זיך פאַר אים אַוועקשטעלן און זאָגן:

↤ 295

— רבותי, כ׳וויל פאַר אייך גבורת־הבורא *) באַווייזן. — און ער פלעגט נעמען קלאַפּן אין אַ שפּיץ טיש... אויב דער טיש איז געווען אַן עלטערער, אַ שוואַכער, האָט ער אים טאַקע אָפּגעקלאַפּט, און אויב ניט, ווי געוויינלעך, האָט ער זיך די הענט ביז בלוט צעקלאַפּט, און שמשים האָבן שוין פאָרויס געוואוסט, און ס׳איז שוין שטענדיק אַזוי איינגעפירט געווען, אַז בעת יענער, לוזי, איז צוגעטראָטן זיינע גבורות צו באַווייזן, פלעגן זיי שוין שטיין מיט אַ נאַסן האַנטעך אָנגעגרייט אויף אים פאַרבינדן און דאָס בלוט אים פאַרהאַמעווען.

אַזוי אין זיין יוגנט, ווען די בלוטן האָבן אין אים שטאַרק געקאָכט, און אָפט פלעגט ער זיך אויף זיי קומען קלאָגן, און זיין רבי האָט אים פאַרשיידענע עצות געגעבן, וואָס אַמאָל פלעגן זיי אים העלפן, און אַמאָל — ניט, ווייל ער האָט זיך געפילט, ווי אַ יונגע חיה אין אַ שטייג, וואָס רייסט זיך די צוימען צו צעברעכן, — דאָס מיינט מען זיינע יצר־הרעס, וואָס זיינען אים באַפאַלן.

שפּעטער, און מיט דער עלטער, איז ער, נאַטירלעך, געשטילט און געקילטער געוואָרן. דערפאַר אָבער האָט זיך די ליבע צו דעם גלויבן, צו וועלכן ער האָט זיך צוגעבונדן, נאָך מער געשטאַרקט. אַזוי געשטאַרקט, אַז ממש זיין נפש האָט זיך אינעם גלויבן אָנגעקניפּט, פון אים זיך ניט אָפּצורייסן. יאָרנלאַנג האָט ער זיך געהאַלטן ביי יענעמס צופוסנס, ווי אונטער אַ גרויסן פאַרצווייגטן בוים, און דאָרט זיין זעלישע רו געפונען. דער גרעסטער און באַליבטסטער מקורב ביי זיין רבין, יעדעס מאָל, ווען אין רבינס הויף איז עפּעס פאָרגעקומען, איז ער, לוזי, צו אַן עצה צוגעצויגן געוואָרן, פריער נאָך פאַר אַלע אייגנסטע אַפילו, און דער רבי האָט אים אַלעס אינטימסטע פאַרטרויט, אויג אויף אויג מיט אים אין זיין אָפּגעזונדערטן חדר זיך אָפּגעשלאָסן. דערפאַר אויך, ווען ער, לוזי, האָט זיך גענייטיקט, איז דעם רבינס אויפנאַם, סיי בייטאָג, סיי ביינאַכט, אים געווען געזיכערט. אין אַלע צייטן האָט ער פרייען איינגאַנג געהאַט, דער רבי האָט געמעגט זיין ווי מיט אַנדערע פאַרנומען, איז לויז געווען נעענטער, לוזי בילכער.

*) די קראַפט פונעם שעפער (פון גאָט).

אַזוי שוין ביזן רבינס עלטער. אַזוי, ביז יענער האָט זיך שוין געפילט געבראָכן, און ער האָט געזען, אַז זיין סוף דערנעענטערט זיך. ער האָט דעמאָלט מיט לוזין איינעם אַ געשפּרעך געהאַט, ווען ער איז שוין געווען שטאַרק שוואַך און ערב־גוסס. קיינער איז אַהין, אויסער לוזין, ניט אַריינגעלאָזט געוואָרן. דער רבי האָט געמעגט זיין ווי מיט אַנדערע פאַרנומען, איז לוזי געווען נעענטער, לאָזט די וועלט מיט אַ שווער האַרץ, נישט זעענדיק קיין יורש פאַר זיין שטול. און בכלל דאַכט אים, גייט אַלץ אַראָפּ און אַרונטער, און דער גלויבן ווערט איינגעשרומפּן. לוזי האָט דעמאָלט געוויינט. ער האָט געזען, ווי זיין זון זעצט זיך, און דער רבי אַליין האָט אים געטרייסט און אַליין אים אָנגעוויזן, וואוהין ↰ 296 ער זאָל זיך נאָך זיין פּטירה ווענדן, אפשר וועט ער דאָרט עפּעס געפינען, און לוזי האָט נאָך מער געוויינט.

ער האָט שוין דאָרט, דעמאָלט, ביי זיין רבין אין צימער, פאַר זיין קראַנקן־בעט זיצנדיק, דערפילט ווי אַש אויף זיין קאָפּ; דערפילט, אַז ער בלייבט עלנט, אַז אַ קאַלטער ווינט בלאָזט אים אונטער די פּאָלעס, ווייל די לעצטע צייט האָט ער שוין געפילט, אַז די אַלטע סטעזשקעס ווערן פאַרוואַקסן, און אַז עפּעס קומט אָן אין דער לופט אַזוינס, וואָס נאָר מענטשן מיט אַ שאַרפן חוש קאָנען דאָס אַרויסדערפילן און נעמלעך — אַ זאַך, וואָס אַ גוואַלדיקע ריי דורות האָט זיך דערפאַר ניט באַדאַרפט זאָרגן, און איצט וועט שוין באַלד ניט העלפן די זאָרג. ס׳גייט אויף דער וועלט אַ מין שלאַפקייט, וואָס מאַכט דעם גלויבן אָפּקילן. עפּעס איז דאָ ניט גוט, מע דאַרף אַן עצה, און דער, מיט וועמען מע קאָן זיך עצהן, שטאַרבט.

און אַז דער רבי איז געשטאָרבן, איז לוזין, ווי שוין דערציילט, שטאַרק דער עלנט צוגעטראָטן, און ער האָט גענומען זוכן ערגעץ אַנדערש און אין פאַרשיידענע „הויפן” אומפאָרן. ער האָט זיך ניט געקאָנט צוקלייבן, ביז ער איז די לעצטע צייט צו די זייניקע אָנגעקומען.

* *
*

און אָט טרעפן מיר אים איצט איינעם אַליין, אין יענער שול, וועלכע איז מיט אַלע צוועלף פענצטער אין אַלטן בית־הקברות צעעפנט און וואָס אין זייערע שויבן שפּיגלען זיך אָפּ קוסטעס און ביימלעך, וועלכע ברענגען אַ לופט אי פון גרינס, אי פון אָפּגעלעבטס, אי מנוחה פון וואוקס, אי פון וועלק, און וואָס גיבן צו וויסן, אַז אין דרויסן איז אַ טאָג אַ הייסער, אַ זומערדיק־לעצטער, פון יענע לעצטע, וואָס שטאַרקן זיך און שטייגן אַלע זומערדיקע היצן און הייסקייטן אַריבער. אַ טאָג, אַ שטאָט מיט אַ טומלדיקן וועלט־סדר אין דרויסן, און דאָ, אין שול, דערווייטערט און אַרויסגענומען פון אַלע, ווי דאָרט אין מאַרק, די בלינדע זינגער, די באַנדוריסטן, וועלכע זיצן און זינגען דערמאָנונגען פון אַמאָליקע פאָלקס־נויטן, קנעכטשאַפטן, געפענקעניש א. אַ., אַזוי אויך דאָ זיצט ער, לוזי, אויך אַ מין זינגער, וואָס איז אויף זיין אייגנאַרטיקן אופן בלינד — קוקט אין אַ ספר און טרערן פאַרשטעלן אים די שיין, לייענט, זאָגט אויף אַ קול, וויינט דערביי, קלאָגט אויך אויף אַ סאָרט געפענקעניש פון אַ פאָלק מיט אַן אַלטן און בלינדן גורל: קלאָגט אויף דעם, וואָס, ווי אים דאַכט, איז דאָס פאָלק שוין מיד און די גלויבנס־כחות גייען דעם אויס, און צוזאַמען דערמיט אויך אויף זיינע אייגענע כחות, וואָס האַלטן שוין ביי נידערן און זיך נייגן צו עלטער, און אויך, ווי אויפן סוף זומער ,וואָס כאָטש ער קוקט און שפּיגלט זיך נאָך אָפּ גרין אין די צעעפנטע פענצטער, ↰ 297 אָבער אַ פילנדיק האַרץ פילט דורך דער גרויסער היץ און צעוואַרעמטקייט פון טאָג — שוין דעם סוף פון יענע טעג, וואָס נאָך זיי קומט דאָס, וואָס ס׳דאַרף קומען — דאָס וועלקן און זון־קילקייט, און יענע מנוחה, וואָס זעט אויס, ווי די מנוחה דאָ איצט אויפן בית־עולם.

ער קלאָגט אויף זיין אָפּגעלעבטן אופן, אויף דער אָפּגעלעבטקייט פונעם פאָלק, וואָס ער זעט דאָס ווי פון הויכן גורל באַשטימט צו זיין דער יסורים־טרעגער פאַר אַלע פעלקער און שטעלט זיך עס פאָר אין דער געשטאַלט פון זיין משיחן, ווי אַזוי ער, זיין משיח, זיצט, לויט דער לעגענדע, אויף די טויערן פון רוים, אַ וואונדיקער, אַ קרעציקער און בינדט אויף, בינדט צו, בינדט איבער זיינע וואונדן...

און אָט זיינען אייניקע בילדער, וואָס לוזי, דער בלינדער זינגער, זעט, אין ספר זאָגנדיק:

בילד איינס:

ס׳אַ פאַרטאָג... ער זעט צוערשט אַ נעפּל, וואוהין זיין גליק איז געווענדט... דערנאָך נעמט לויטערער ווערן, און פון דער ווייט נעמט זיך אים אַ שטאָט באַווייזן: הייזער, מויערן, איינע העכער פון די אַנדערע, איינע איבער די אַנדערע, אויך פאַרשיידענע גאַנצע שטאָט־טיילן, וואָס אייניקע געפינען זיך אויף בערג אַרויסצוזען, און אַנדערע ביי זיי צופוסנס — אין טאָלן.

ס׳איז נאָך פרי. די שטאָט שלאָפט נאָך. אָבער אַ גרויסע ריזיקייט פילט זיך אַרויס פון איר שלאָף. ס׳דאַכט זיך: באַלד וועט זי זיך אויפכאַפּן און נאָך איר זעטיק־זינדיקער נאַכט די אויגן אויף דרויסן און טאָג עפענען — ווייטער אויף טאָג, נאַכט און זינדיקייט.

און אָט ווערט שוין ליכטיק. פון דער שטאָט הייבט מען אָן אַרויסגיין, און צו דער שטאָט הייבן זיך אָן ווייזן פון פאַרשיידענע ווייטע עקן, שליאַכן, זיך ציען, אָנקומען און אָנפאָרן — פּויערים פון ווייט־ווייטלעכע דערפער, כדי די שטאָט מיט שפּייז צו באַזאָרגן; הענדלער, טענדלער, חיילות, קאַליקעס, צינש־מאָנער, קנעכט, קונצנמאַכער, בעטלער און אויך אַלערליי פאַרפּוצטע און האַלב־פאַרפּוצטע זונות, וואָס ווערן פון אַלע עקן לאַנד אַהער, אין שטאָט, געשיקט און צוגעשטעלט אויף אירע קומענדיקע און נאַכטיקע פאַרגעניגנס; און אַלע, סיי די, וואָס קומען אַרויס פון שטאָט, סיי די, וואָס קומען און נעענטערן זיך צו איר, דערזעען ביים טויער פון שטאָט איינעם אַ פּאַרשוין, מיט אַ פּנים אַ ליכטיקן, אָבער אַ גוף אַ וואונדיקן, אין האַלב קליידער, האַלב שמאַטעס, וואָס איז אין שטאָט ניט אַריינגעלאָזט געוואָרן און האָט היינטיקע נאַכט, ווי אַלע נעכט, דאָ אין דרויסן ביים טויער פון שטאָט פאַרבראַכט; און אַלע, ווי אָפּגערעדט, סיי די, וואָס גייען אַרויס, און סיי די, וואָס קומען אָן און דאַרפן אין שטאָט אַריין, אַז זיי גייען דעם טויער פאַרביי און זעען יענעם פּאַרשוין זיצן, האַלטן זיי ווי פאַר זייער חוב, פאַרבייגייענדיק, אויף אים אין ↰ 298 זיינע וואונדן שפּייען. ווער אויף זיין קאָפּ, ווער אין פּנים, ווער אויף זיינע קליידער און שמאַטעס, און יענער ווישט אַמאָל אָפּ דאָס שפּייעכץ, אָבער מערסט זיצט ער פאַרגליווערט אין שטומעניש, גלייך ניט אים מיינט מען און ניט אויף אים וואָלט מען געשפּיגן...

און דאָ צעיאָמערט זיך דער זינגער און אַלע אברים צאַפּלען אין אים אויף, צוזעענדיק יענעם מיטן ליכטיקן פּנים אַ באַשפּיגענעם פון ווילדע, גראָבע חיילות, פון הענדלער, טענדלער, קאַליקעס און זונות, און אויפן זינען קומען אים פּסוקים און האַלב־פּסוקים פון אַלטע פּייטנים, פון אַלטע צאָרנדיקע פאָלקס־זינגער, און צוזאַמען מיט זיי צאַפּלט ער אויף, און צוזאַמען מיט איינעם פון זיי שרייט ער אויס, ווי אַ פאַרוואונדעטער, אויפן קול:

פּצעי לא רככה וחבורתי רצח
ועיני הוכהתה צופה לדודי צח.*)

ער זוכט אַ טרייסט און האָט ניט, און דאָס איינציקע, וואָס קאָן אים דאָ אַרויסהעלפן, איז דאָס, וואָס ער שטעלט זיך פאָר אויף יענעמס אָרט, ווי ער אַליין וואונדיק, ער אַליין באַשפּיגן, און ער נעמט אויף זיך יענעמס בזיון מיט יענעמס שווייגעניש און אויך מיט יענעמס באַוואוסטזיין, אַז אַזוי איז פון הויכן גורל באַשערט, און באַשערט איז באַווערט, באַשערט איז אַ גרויסע גאָב פון אַ מין בענטשנדיקער האַנט דערלאַנגט.

און אָט איז אַ צווייט בילד:

נאַכט. פינצטער, און אין דער פינצטער פילט זיך, ווי מענטשן גייען אום און זוכן איינס דאָס אַנדערע, געפינען ניט, אָבער אַ שטיק טרייסט איז זיי שוין דאָס אַליין, וואָס כאָטש צעוואָרפענע און כאָטש איינער קאָן אויפן אַנדערנס שפּור נישט אָנטרעפן, דאָך פילן זיי איינס דעם אַנדערנס פאַראַנענזיין, און אַז דער פּלאַץ ווימלט פון אוימגייענדיקע און זוכנדיקע.

ס׳פילט זיך דאָרט אַ שטאַרק גלייביקע און פאַרלוירענע מאַסע. ס׳דאַכט זיך, אַז ווען ס׳וואָלט זיך זיי איצט פון ערגעץ אַ שטראַל, אַ שיין באַוויזן, וואָלט אָט די פאַסטנדיקע, אָפּגעצערטע און שוין שמאַכטנדיקע מאַסע, — ווי גרויס זי איז, מיט וויפיל קעפּ אויף אירע אַקסל און מיט וויפיל אויגן אין די קעפּ, — ,וואָלטן אַלע, ווי האַלב דולע, צו יענער שיין זיך אַ לאָז געטאָן, און וואָס פאַר אַן אויסגאַנג זי זאָל פאַר זיי דאָרט ניט עפענען — אַ ים, אַן אָפּגרונט — וואָלטן אַלע, ווי איינער, וויפיל טויזנטער זיי זיינען, פאַסטנדיקע און דורשטיקע, מיט געזאַנג און הויכער לויבעריי אַנטקעגן אומגליק, ווי אַנטקעגן אויסלייזונג געפלויגן.

*) מיין מכה איז האַרט, מיינע ביילן געפערלעך,

און מיין אויג שוין פאַרטונקלט פון אַרויסצוקוקן אויף מיין אויסלייזער-הערלעך.

↤ 299

און אָט באַווייזט זיך טאַקע, אין איינעם אַ הימל־עק אַ פייער. און דאָ דערזעט זיך די מאַסע מיטאַמאָל באַלויכטן — מיט שלאָפנדיקע קינדער אויף די הענט, וואָס מיט קעפּלעך זיינען אויף פאָטערס־מוטערס אַקסל פאַרוואָרפן, עלטערן — מיד פון גיין און אומזיניקן פּלאָנטערן, און זקנים דערביי שלעפּן זיך קוים און שוין דריי פערטל צו דער ערד געבויגן, און אַלע ציען זיך איצט אַהין, צום הימל־עקס שייטער.

מע זעט:

אייניקע ווערן פון פרעמדע הענט צום שייטער געשלעפּט. די געשלעפּטע ווילן ניט, ווערן זיך, אָבער אַז זיי ווערן אַריינגעוואָרפן, אַריינגעשלעפּט און געשטויסן, איז די איבעריקע, וואָס דאַרפן נאָך זיי געוואָרפן ווערן, גייען שוין אַליין. אַנדערע לויפן מיט אימפּעט אויפגיך צום פייער צו, וואַרפן פריער די שלאָפנדיקע קינדער אַריין, שטויסן ווייבער און זקנים נאָך זיי, און דערנאָך שפּרינגען זיי אַליין אין פייער. זיי דינען פאַר אַ ביישפּיל פאַר אַלע איבעריקע פון דער גרויסער מאַסע דאָרט פאַרזאַמלט, וואָס ווען זיי זעען, וואָס יענע האָבן אויף זיך גענומען פרייוויליק און אַליין, שטייען זיי אַ וויילע, ווי אַ סטאַדע פאַר אַן אומגליק, פאַרלוירן, אָבער באַלד קומט זיי דער סטאַדע־אינסטינקט צו הילף, יענער, וועלכער מאַכט סכנה פאַר אויס סכנה, ווען גרויסע סטאַדעס גייען דעם טויט און דער פאַרניכטונג מיט אַנטציקונג אַנטקעגן ווי גרויס זי איז, די מאַסע, אַלץ שטאַרקער איר אימפּעט, אַלץ ווייניקער די געפאַר, אַלץ מער דער דראַנג, און ווי שאָף פאַר אַן אומפאַרמיידלעכן אָפּגרונט, שטויסן שוין איינס דאָס אַנדערע און איילן זיך דעם טויט אין די אָרעמס און אין שוים אַריינצופליען.

קדש את שמך בעולמך על עם מקדישי שמך.*)

הערט דאָ דער בלינדער זינגער פון די שייטערס פון יענע צייטן מיט פאַרשיידענע קולות אַרויסשרייען, און ער שרייט מיט, ער פילט, ווי ער אַליין וואָלט דאָרטן צוזאַמען מיט יענע איצט אין פייער געשטעקט, און ווי זיינע קליידער האַלטן זיך שוין אין סמאָליען, און באַלד וועט דאָס פייער אים צום לייב און דער נשמה דערגיין. ער זעט זיך איינער אין אַ קיבוץ פאַררעכנט, וועלכער האָט זיך אין פיל פייעריקע סכנות איינגעשטעלט, און וואָס אויך איצט, שוין אַ צייט נאָך יענע צייטן, פילט ער, ווי דער ריח פון סמאָליען פון זייערע קליידער אַראָפּשמעקן — פון זייערע, ווי אויך פון זיינע.

*) הייליק דיין נאָמען אויף דיין וועלט דורך דיין פאָלק, וואָס הייליקט דיין נאָמען.

און אָט אַ לעצט בילד:

ווידער פאַרטאָג... פון אַ טונקעלער סוף־נאַכטיקער ווייט טיילט זיך אויס, ↰ 300 ווי פאַר זון־אויפגאַנג און פאַר ליכטיק־ווערן, איינס אַן אָרט אויף אַ האָריזאָנט אין געשטאַלט פון אַ מין טויער מיט צוויי זיילן ביי די זייטן, און אויבן — אַ האַלבער בויגן פאַרקיילעכיקט, און וואָס מער ס׳ווערט ליכטיקער, אַלץ מער ווייזט זיך אויס יענער טויער, ווי דאָס אָרט און עפענונג, דורך וואַנען אַליין די זון טאַקע דאַרף זיך דורך דאָרטן ווייזן.

און באַלד באַווייזט זיך טאַקע:

דער טאַטע מיטן זון, די באַוואוסטע ר׳ שמעון און אליעזר זיין זון, יענע, וואָס האָבן זיך לאַנגע יאָרן אין היילן אויסבאַהאַלטן, און וואָס אָנקומענדיק פון דאָרט, ברענגען זיי ווי קילע פאַרטאָגיקע היילונג צו אַלע יענע, וועלכע זיינען אַליין אין די שייטערס געשפּרונגען, אויך לייטערס פאַר זיי, זיי זאָלן גלייך, וואוהין זיי האָבן געצילט, אויפגיין, און אויך שיין אויף זייערע קעפּ, זיי זאָלן זיי דעם וועג באַלויכטן. דאָס מיינט מען די ספרים זייערע „זוהר” און „תקוני זוהר”*), ביי וועלכע דער זינגער זיצט איצט און וואָס, ווי אים און ענלעכע צו אים האָט זיך געדאַכט, האָבן יענע ספרים די פאָלקס־פאַרשמאַכטקייט געלינדערט און געדינט, ווי פייכטע בינטן צו הייסע וואונדן צוגעלייגט.

און באַלד פאַרשווינדט ער, יענער טויער, און ס׳באַווייזט זיך אַ וואונדערלעכער פּלאַץ־מהלך, אויף וועלכן ס׳זיינען אָנצוזען אַלע יענע, וואָס נעמען אין יענע ספרים אָנטייל: בערן, וואָס רעדן מיט מענטשלעכע קולות; פויגלען, וואָס פאַרבינדן אין שליחות איין עק וועלט מיט דעם צווייטן; קוואַלן, ברונעמס, ביי וועלכע געוויסע סודותדיקע פּאַסטעכער רוען אָפּ ביי זייערע שטילע וואַסערן; גראָזן, וואָס היילן און טייטן; קינדער, וואָס זעען אויס, ווי אַלטע, און אַלטע — ווי קינדער; נביאים, זעערס, וואָגלער, וואַנדערער מיט אַש אויף די קעפּ און שטויב אין די אויגן. מיט איין וואָרט, אַלע יענע פון די וואונדערלעך־אָנגעהויבענע און נישט פאַרענדיקטע מעשיות און האַלב־מעשיות אין פאַנטאַסטיש־אַראַבעסקישן געפלעכט פון בלומען מיט גאָטס נאָמען, פון געשטאָרבענע און נאָך נישט געבוירענע; פון מתים, וואָס אַ שטענדיקער ריח צעשפּרייט זיך פון זיי אויף גאָר דער וועלט און פון שאָטנס פון אַזוינע נשמות, וואָס גייען אום באַשטראָפט און קאָנען זיך קיינמאָל צו קיין מנוחה־אָרט ניט דערשלאָגן, און נאָך, און נאָך געשטאַלטן, פאַרוואַנדלונגען, גייסטער, גייער, שלעק, שדים, גוטע און נישט גוטע מלאכים און פאַרשיידן פאַרשטעלטע פּאַרשוינען, אָנטיילנעמער אין יענע סאָרטן ספרים, וואָס די מחברים האָבן זיי, שולדיק אָדער אַליין פאַרפירט, ווילד אויסגעטראַכט צוליב עמעצנס טשאַד, אויגן־פאַרבלענדעניש און וועלט־פאַרדריי.

*) צוויי באַוואוסטע קבלה־ספרים.

* *
*

...סרולי האָט אויסגעוואַרט. ער האָט געזען, ווי לוזי האָט די גאַנצע צייט ↰ 301 פון זאָגן, אַלע וויילע ווי אויפגעשוידערט, ווי פון אַ פראָסט אָדער פון אַ ברי. ער האָט אַלע וויילע, ביי די סאַמע רירנדיקסטע ערטער פונעם ספר־טעקסט, מיט אַ האַנט איבערן שטערן זיך דורכגעפירט, איבערן קאָפּ, און אַמאָל אויך מיט איר ביזן האַלדז־און־נאַקן דערלאַנגט. ער האָט זיך ווען־ניט־ווען אויך פון אָרט אויפגעכאַפּט, ווי ניט קענענדיק איינזיצן — גאָר ניט, ווי זיין שטייגער, בעת זיין אַלע אַנדערע מאָל לערנען און זאָגן. די אויגן האָבן זיך אים אָפט פאַרטונקלט פון טרערן, וואָס האָבן זיך אים געשטעלט, צוזאַמען מיט אַ קניק, מיט אַ מין הוסט, אים פון גאָרגל געקומען.

סרולי האָט אויסגעוואַרט, און אַז ער האָט געזען, אַז יענער האָט געענדיקט, אַז זיין געמיט לייגט זיך אים איין, זיין בליק לויטערער, כאָטש אייניקע נאַסע איבערבלייבונגען זיינען אים נאָך אין די אויגן־ווינקלעך געווען אָנצוזען, — האָט ער זיך פון אָרט גערירט, פון דאָרט, וואו ער האָט זיך, אין שול אַריינקומענדיק, די גאַנצע צייט פון לוזיס זאָגן שטיין געלאָזט.

ער האָט געטאָן אַ שפּאַן פאָרויס, און מיט אַ שפּאַן נאָך אַ שפּאַן צו לוזיס שטענדער אונטערקומענדיק, איז ער לסוף שטיין געבליבן פאַר זיין שטענדער. ער האָט פּאַמעלעך בשעת־מעשה די האַנט אין בוזעם־קעשענע אַריינגעטאָן, פון דאָרט עפּעס אַ פּעקעלע פּאַפּירן אַרויסגענומען און לוזין צו פאַר זיינע אויגן זיי דערלאַנגט.

— ער קומט פונעם יאַריד און דאָס האָט ער דאָרט אָפּגעריסן, — האָט ער געזאָגט, און גלייך האָט זיך אים עפּעס די צונג גענומען פּלאָנטערן, און די זעלבע ווערטער, וואָס ער האָט געברויכט ביי מלכה־ריווען אין שטוב צו מלכה־ריווען, האָט אויך דאָ גענומען איבערחזרן:

— ער איז פאַרבייגעגאַנגען, האָט ער גראָד אויף דער שוועל אַ קוק געטאָן, האָט ער דאָס דערזען, האָט ער דאָס אויפגעהויבן, האָט ער דאָס אַריינגעבראַכט און גיט דאָס אָפּ דעם, צו וועמען ס׳געהער.

— וואָס פאַר אַ יאַריד, וואָס געהער, און וואָס דערלאַנגט ער אים דאָ, — האָט לוזי נישט באַנעמענדיק נישט מיט ווערטער, נאָר ווי מיטן בליק געפרעגט.

ער האָט איצט דערזען פאַר זיך סרולין אַ בלאַסן, מיט אַ מין אָפּגעצערטקייט, וואָס קומט יעדערן נאָך אַ טרונק און נאָך האַלב־שוואַכער אויסניכטערונג; און אַזוי ווי ער אַליין איז איצט נאָר־וואָס, ווי פון אַ ווייטער, ווייטער פרעמד אַראָפּגעקומען, ווען היגע אינטערעסן גייען ניט אָן און מע באַנעמט זיי שוואַך, דעריבער האָט ער, ווען ער האָט דערהערט פון סרולין די ווערטער „יאַריד” און ענלעכע, האָט ער כמעט די טייטש זייערע ניט פאַרשטאַנען, פאַרגעסנדיק גאָר, אַז אין דרויסן קומט היינט עפּעס פאָר, און אַז פאַרשיידענע מענטשן קאָנען האָבן צו דעם פאָרקומענדיקן פאַרשיידענע און געוויסע שייכותן.

↤ 302

— וואָס פאַר אַ יאַריד און וואָס דערלאַנגט ער אים דאָ? — האָט ער אויף סרולין און אויף זיין אויסגעשטרעקטער האַנט געקוקט און נישט באַנומען.

— דאָס האָט ער זיין געלט, פון וועלכן לוזי ווייסט, אויף וועקסלען אויסגעביטן, טאַקע ביי זיין, לוזיס, ברודער משה, און ער האָט מורא זיי ביי זיך צו האַלטן, ערגער — זיי צו פאַרשיכורן, און ער גיט זיי אים דעריבער איבער, און יענער קאָן מיט זיי טאָן, וואָס ער וויל — אויף אייגענעם געברויך, אָדער אויב ניט, איז פאַר יעדער נויטבאַדערפטיקן, וועמען ער, לוזי, וועט נאָר געפינען פאַר נייטיק.

— אי, נו... — האָט לוזי דאָ אַרויסגערעדט, און דערביי סרוליס האַנט ווי צוריק געשטויסן. — אי, נו... — ער מישט זיך ניט, הייסט עס, ער האָט ניט צו טאָן מיט אַזוינע זאַכן און האָט דערצו קיין שייכות.

— ניין, — האָט ער גלייך דערנאָך שוין קלאָר געזאָגט, — ביי אים איז ניט קיין אָרט דערפאַר, זאָל ער עס געבן וועמען ער וויל, ביי זיך אַליין האַלטן, ער זאָגט זיך אָפּ דערפון, ווייל ער איז ניט דער מענטש דערויף.

סרולי האָט דעמאָלט ווידער אויסגעוואַרט, ביז לוזי האָט זיך מיט די שטייגער־זאַכן אָפּגעפאַרטיקט — דעם טלית־און־תפילין צונויפגעלייגט, און דערנאָך — ביז ער האָט אויף זיך דעם מאַנטל גענומען. דעמאָלט האָט מען זיי געזען ביידע פון שול זיך אַרויסלאָזן — לוזין פאָרויס און סרולין הינטער אים, ביז זיי האָבן זיך אויף די טרעפּ פון אַראָפּגאַנג אויסגעגלייכט, און דעמאָלט שוין ביידע צוזאַמען, אָבער אויך איצט לוזי עטוואָס פאָרויס, און סרולי — הינטערשטעליק און האָט ווי ביי זיין זייט און מיט דרך־ארץ זיך געהאַלטן. און אויפן וועג האָבן זיי אויך דעמאָלט צווישן זיך עפּעס אַ געשפּרעך געהאַט, וואָס דאָס הויפּט־וואָרט האָט דאָס מאָל געהערט לוזין, און דער געהער — סרולין, און די גאַנצע צייט האָט מען געקאָנט מערקן, ווי זיין אויער איז אָנגעשטרענגט צו זיין מיטשפּרעכער געווענדט, ווייל אין קאָפּ איז אים ניט גענוג קלאָר, די פיס נאָך ניט איבעריק פעסט און דער באָדן, אַפּנים, האָט זיך אים נאָך שיכור־ווייניקלעך געוואַקלט.

↤ 303

IX
אַ קליין ביסל שטייגער

ס׳איז שוין געווען די לעצטע טעג פון אלול אויפן „גראָבן” מאַרק, אויף געוויסע שטעלעכלעך, וואָס האַנדלען אַ גאַנץ יאָר מיט פאַרשיידענע קליינע וויכטיקייטן, ווי מיט לאחדימדיקע שוסטערוואַרג, פלעקלעך אין פּעקלעך, פלעקלעך צעשיט, פאָדעם, שוסטערשע סמאָלע און אַנד., האָבן זיך איצט, צווישן אַנדערע, באַוויזן קריזשיקעס וואַקס אין דער פאָרם פון גרויסע, קליינע און מיטעלע טעלער און טעלערלעך.

אָט דעם וואַקס וועט באַלד די שטאָט, די פרימסטע ווייבער אירע, באַדאַרפן, געברויכן אויף נשמה־ליכט צום גרויסן, פאָרכטיקן יום־טוב, צו יום־ כיפּור, צום טאָג פון גרויסן געריכט, וואָס דערנעענט זיך.

יענע ווייבער וועלן זיך, אין די טעג צווישן ראש־השנה און יום־כיפּור, זאַמלען משפּחותווייז, יעדע משפּחה ביי איינער אַ מערסט־פרימסטער. מע וועט זיך אָפּזונדערן אין אַלקערס, וואו קיין מאַנצבילן און קינדער וועלן ניט אַריינגעלאָזט ווערן; מע וועט דאָרט אויף יעדער פאָדעם פון קנויט עפּעס ווי כישופן, יאָמערן און שטאַרק וויינען, דערמאָנענדיק דערביי די נשמות פון די געשטאָרבענע, וועמען יענע פאָדעם פון יענע קנויטן זיינען געווידמעט.

גרויסע, לאַנגע ליכט וועלן, ווי געזאָגט, אין יענע אַלקערס אויסגעפאַרטיקט ווערן פאַרן פאָרכטיקן גאָט און זיין פאָרכטיקן געריכטס־טאָג, וואָס דעמאָלט איז ער באַזונדערס שטרענג און פאָדערט ביי די, וואָס בעטן ביי אים און ווילן עפּעס פּועלן, באַזונדערע ליכט פון אַ באַזונדערער מין הייליקייט און פייערלעכקייט, געמאַכט פון ריינסטן מין און סאָרט, פון וועלכן מענטשן אין דער נאַטור אַרום פאַרמאָגן — פון בין־מלאכה און בלומען — פון וואַקס.

אין שטאָט האָט מען זיך שוין פאַרשיידן געגרייט צו יענע טעג. דעם גאַנצן לעצטן חודש האָט מען שוין אַלע מאָנטיק און דאָנערשטיק געקאָנט זען גאַנצע שיירות ווייבער, אינדערפרי אויפן „פעלד” זיך לאָזן און בייטאָג צוריק פון „פעלד” — פאַרוויינטע, האַלב־הייזעריקע, אָבער דערלייכטערטע פון די גרויסע קולות, וואָס זיי האָבן פריער, אויף די קברים זיך רייסנדיק, פון זיך אַרויסגעגעבן, איצט געשטילטע, אויסגעלאָדענע, ווי פון אַ גרויסער היץ אין דער קיל אַרויסגעקומען.

באַזונדערס האָבן זיך געמערט און פאַרגרעסערט די שיירות די לעצטע מאָנטיקן, די לעצטע דאָנערשטיקן, ווען דאָס גרויסע אָרעמע ווייבער־פאָלק האָט גענומען זיך אַהין לאָזן מיט צעריסענע שיך און שאַלן, מיט אַזויפיל ↰ 304 נויט פאַר אַ גאַנץ יאָר אָנגעקליבן, און איצט — געקומען פאַר די נאָענטסטע זייערע, פאַר די געשטאָרבענע עלטערן, קרובים, קינדער דאָס אויסגיסן.

ליבער־מאיר אויפן מויערל אין „פעלד” האָט דעמאָלט גרויס אַרבעט און פיל פאַרדינסטן געהאַט — פאַר צינדן לאָמפּן און לעשן לאָמפּן, זיינע הענט — פול מלאכה: ער האָט זיך אין איילעניש פון זייט אויף זייט, פון איין קליענט צום אַנדערן געוואָרפן; און כדי זיך צו פאַרגרינגערן, האָט ער איצט מיטגעבראַכט אַ העלפער צו די קוויטלעך, און אויך יענעם איז זיך שווער געווען צו אופּאָרען פון די פיל פרויען, מיידלעך, וואָס זיינען אים איבערן קאָפּ געשטאַנען: ווער ס׳האָט געשריבן צום צדיק, צו זיינע זין און איידעמס, וואָס רוען אין מענער־שטיבל, און ווער אויך צום צדיקס ווייב, צו אירע שניר און טעכטער, וואָס, אָפּגעטיילט מיט אַ וואַנט, זיינען אונטער איין דאַך מיטן צדיק געלעגן.

אויך פיל שלעפּער, קאַליקעס, פאַרשיידענע כלי־קודש, וואָס צו זיי האָט קיינער ניט געדאַרפט, נאָר זיי — צו יעדערן; וואָס אַליין האָבן זיי גאָרנישט ניט געהאַט, אויסער נאָר — ווער אַ פעלער, און ווער אַ קללה אָדער ברכה אין מויל, — אויך זיי, אָט די שלעפּער, קאַליקעס, כלי־קודש, האָבן דאָס הייליקע אָרט דעמאָלט באַלאַגערט, ביים אַריינגאַנג, ביים אַרויסגאַנג, אומעטום, אויף די ווייטסטע פאַרוואָרפענע קברים געטראָפן, און ווער ס׳האָט געגעבן, איז פון זיי געבענטשט געוואָרן, ווער ניט — ניט — און ווער וויל אין אַזאַ צייט, אויף אַזאַ אָרט, ניט געבענטשט ווערן? — און אָרעמע ווייבער האָבן לעצטע גראָשנס פון אָרעמע קניפּלעך און קעשענעס געשלעפּט, כדי צו באַגיטיקן און אַרויסקריגן אַ גוט וואָרט פון יענע, וואָס האָבן זיך אַ גאַנץ ליידיק־גייעריש יאָר אויף אָט דעם שטיקל צייט, אויפן געוויסן חודש פון פאַר די פאָרכטיקע טעג, געגרייט.

אַזוי די ווייבער אין יענע טעג. ס׳האָבן זיך שוין אָבער אויך געגרייט מאַנצבילן. די פאַרשיידענע חסידים־סעקטעס פון שטאָט האָבן זיך שוין יעדערע ביי זיך אין איר דאַוון־אָרט — אין שול, אין קלויז — געזאַמלט, און אין די פאַרנאַכטן פון די לעצטע טעג פון חודש שוין צווישן זיך געשמועסט און אָפּגערעדט, ווער ווען „ס׳פאָרט”; זיך גרופּירט, געלט געזאַמלט, כדי בשותפות באַלעגאָלעס צו באַשטעלן, און וועלכער סעקטע ס׳איז צו איר רבין געווען ווייטער צו פאָרן, האָט זיך צוגעאיילט מיט אייניקע טעג פריער אין וועג זיך לאָזן, כדי צו דער צייט, צו ערב־יום־טוב, וואוהין זיי דאַרפן, אין זייער ווייטן רבין־שטעטל אָנצוקומען.

אויף פאַרשיידענע באַלעגאָלישע סטאַנציעס האָט זיך שוין שטאַרק געטומלט: פון באַלעגאָלישן הו־האַ, פון זייער צוזאָגן,זיך פאַרדינגען און דערנאָך חרטה האָבן, ווייל זיי זיינען פון אַנדערע, וואָס האָבן מער געגעבן, אויסגעדונגען געוואָרן.

↤ 305

אַזוי אַלע חסידים־סעקטעס, וואָס האָבן מיט דער אַקס געהאַט צו פאָרן. מע האָט זיך געייאלט, פאַר אַלעמען, זיך אַליין פאַרן רבין יום־טוב צו ברענגען, און אויך פאָרצושטעלן פאַר רבין די, וועלכע האָבן ניט געקאָנט פאָרן, דורכן אַלגעמיינעם נאָמען־צעטל (כוללות־צעטל), וואָס מע האָט צונויפגעשטעלט פון אַלע אין דער היים פאַרבליבענע, כדי אין לעצטן טאָג פון יאָר פאַרן רבין דאָס צו דערלאַנגען, אַז אַלע, אַז אויך די ניט־געקומענע, זאָלן צו גוטן, אויף אַ גוט יאָר אויסבעטן, דערמאָנט ווערן.

אַזוי אַלע, אויסער נאָר איינע אַ סעקטע, וועלכע האָט ניט געאיילט, ווייל איר וועג צו איר רבין איז כאָטש אַ ווייטלעכער געווען, נאָר דערפאַר האָט זי אָבער צו קיין באַלעגאָלעס נישט באַדאַרפט אָנקומען, ווייל געפירט אַהין האָט די באַן. דאָס זיינען די בראַסלעווער, וועלכע האָבן שוין טראַדיציע געהאַט, אַרויספאָרן אַהין ערשט אַ טאָג פאַר ערב־ראש־השנה. זיי האָבן זיך אַפילו אויף דער באַן דעם זעלביקן טאָג פון אָפּפאָרן נישט געאיילט, ווייל פון יאָר צו יאָר האָבן זיי געהאַט זייערן אַן אייגענעם, אַ פאַרמעגלעכן פּאָסעסאָר פון דער געגנט, וועלכער פלעגט אַלע פאָרער, וועלכע האָבן זיך פון דער געגנט צונויפגעזאַמלט, מיט אַ גאַנצן, אַפילו באַזונדערן וואַגאָן באַזאָרגן. אַ באַזונדערן דערפאַר, ווייל פון פיל יאָרן פּראַקטיק האָבן זיי געדענקט און געוואוסט, אַז ווען מע פאָרט מיט פרעמדע, קומט עס אָפט אויפן וועג צו חוזק, זידלעריי און געלעכטער, און אַמאָל אויך, באַהיט גאָט, צו געשלעג מיטאַנאַנדער...

ס׳איז זיין, דעם פּאָסעסאָרס מצווה געווען און זיין אויפגאַבע — צו באַשטעלן מיט אַ פּאָר טעג פריער דעם וואַגאָן אויף דער סטאַנציע, ביי וועמען מע דאַרף פון די באַן־באַאַמטע, און געלט פאַר אים באַצאָלן, און דערנאָך, ווער ס׳וועט האָבן זיין חלק אַריינצוטראָגן, וועט טראָגן, און ווער ניט, וועט אַזוי פאָרן, אָן זיין רייזע־געלט־חלק.


און אָט איז דער טאָג פון ערב־ראש־השנה. אויפן שטאָטישן וואָקזאַל, וואָס פאַר קיין גרויסן קאָן מען אים ניט רעכענען, אָבער אַ שטאַרק באַלעבטער, באַזונדערס אין דער צייט פון אָנקומען און אַוועקגיין פון די צוגן, ווייל אַהין פלעגן זיך צונויפקלייבן די רייזנדע פון גאַנצן ראַיאָן, ווער ס׳האָט צו דער באַן באַדאַרפט, — אויפן שטאָטישן וואָקזאַל האָט מען דעמאָלט דערזען צווישן גרויסן עולם זיך שטופּנדיקע, אומלויפנדיקע און איילנדיקע, עפּעס איינעם אַ באַזונדער מענטשן־שטראָם, וואָס האָט זיך אינאיינעם געהאַלטן, ווי אַ טשערעדע שאָף, געשטאַנען אינאיינעם, געגאַנגען אינאיינעם, און אַלע צוזאַמען האָבן שטיל פאַרפרעמדטע און מיט מורא פאַרן אָרט, וואו זיי קומען אַהין זעלטן, אויפן צוג געוואַרט.

און אָט איז דער צוג אָנגעקומען. יענער שטראָם, געפירט פון איינעם, אַ זייעריקן, פון דעם, וואָס מיר האָבן שוין אויבן דערמאָנט, פון זייער באַן־באַזאָרגער, ↰ 306 דעם פּאָסעסאָר, האָט זיך ווידער, ווי די שאָף צוזאַמען, צו דער פּלאַטפאָרמע און צו זייער באַשטימטן וואַגאָן געלאָזט.

די צוויי זשאַנדאַרמען, וואָס זיינען שטענדיק ביים באַן־אָנקומען און אַוועקגיין בייגעווען, אַלס די איינציקע וואַך־האַלטער און אָרדענונג־היטער, זיינען אויך דאָס מאָל אויף דער פּלאַטפאָרמע אין זייער גאַנצן זשאַנדאַרמישן פּוץ און גלאַנץ אומגעגאַנגען — מיט די קובאַנישע באַראַשקע־היטלען, מיט די ווייסע בערשטלעך האָר פון פאָרנט, מיט די אָרדענס און זילבער־בלאָנקענדיקע רובלס אויף די ברוסטן באַהאַנגען — באַלוינונגען, וואָס זיי האָבן פון דער העכערער מאַכט באַקומען פאַר זיך אויסצייכענען און פאַר מוסטערהאַפטער זשאַנדאַרמישער דינסט.

זשוק, וואָס האַלט אָנדערהאַלבן מענטשן אין דער הייך, שטייף, ווי פון שטאַל — אַזוי די ברוסט, אַזוי די פּלייצע, און אינגאַנצן זעט ער אויס, ווי אַן אומגייענדיקע פאַרקערפּערונג פון אַ מעכטיקן מאַכט־גולם, — ער, זשוק, די באַקן געגאָלט, נאָר מיט לאַנגע, שוואַרצע וואָנצעס, האָט קיינמאָל קיין שמייכל ניט געטאָן, ווייל ער איז פון דער נאַטור מיט אַזאַ פייאיקייט, ווי קענען לאַכן, ניט געווען באַשאָנקען. דערצו נאָך האָט אים געדאַכט, אַז דער זשאַנדאַרמישער שטאַט דערלויבט אים ניט דעם מין.

דער צווייטער, מאַטווייעוו — שוין פיל נידעריקער פון יענעם, אָבער מער ברייטער, דער עיקר אין דער ברוסט, און אַלע זיינע אָרדענס האָט אים די געלע רוסישע, צעלייגטע באָרד באַדעקט.

ביידע זיי, אַז זיי האָבן איצט דערזען יענעם מענטשן־שטראָם, האָבן זיי זיך, ניט ווי זייער געוואוינשאַפט, ספּעציעל אויף זיי זיך אָפּגעשטעלט קוקן און דעם גאַנצן איבעריקן וואָקזאַל מיט אַלע איבעריקע וואַגאָנעס, ווי פון אויג אַרויסגעלאָזט. זיי זיינען מיט יענעם בילד, וואָס ביי יענעם וואַגאָן, אַזוי פאַרכאַפּט געווען, אַז ס׳איז זיי פאַר אַלעמען און פאַר קיינעם שוין קיין אַכט און קיין אויפמערקזאַמקייט ניט געבליבן. נישט געקוקט דערויף, וואָס באַשטענדיק היגע, נישט געקוקט, וואָס די היגע שטאָטישע און אויך אויסערשטאָטישע באַפעלקערונג מיט זייערע מנהגים, גענג, האַלטונג און הלבשה זיינען זיי זייער גוט באַקאַנט געווען און פאַר זייער לאַנגער דינסט־צייט האָבן זיי זיך דאָ גענוג מיט זיי אָנגעזען, האָבן זיי דאָך איצט פון אָט דעם עולם די אויגן נישט געקאָנט אַוועקנעמען.

זיי האָבן אויסגעזען, יענע, פאַרן וואַגאָן זיך צונויפקלייבנדיק, ווי עפּעס חיות, וואָס ווערן אויף אַן אויסשטעלונג געפירט. צווישן זיי אַזאַ, ווי יאַנקעלע דער הויכער, פיראַרשיניקער שניידער מיטן אַראָפּגעבויגענעם האַלדז פאַר מורא; שלום דער טרעגער, דער האַלבער העלפאַנט, וואָס האָט זיך די גאַנצע צייט געשרומפּן און זיין וואוקס געוואָלט פאַרקלענערן; מנחם פאַרבער, איבערגעשראָקן פון נישט געוואוינט זיין צו פרעמדע אויגן, וואָס קאָנען אויף אים ↰ 307 אַ קוק טאָן, און פון דער נישט־היימישער וואָקזאַל־לופט, וואָס האָט געדאַכט, אַז זי דראָעט אים פון אַלע זייטן, האָט ער דעם קאָפּ האַרט ביי זיין פאָרויסגייער געהאַלטן און מיטן מויל עפּעס אַ תפילה געשעפּטשעט, אַז באַהיט און באַוואָרנט זאָל ער ווערן פון אַלעם דעם, וואָס קאָן אַ מענטשן אין וועג און אויך דאָ, אויפן וואָקזאַל, חלילה, טרעפן; דאַן דאָס „פּאָרל”, וואָס האָבן זיך אויך דאָ, ווי אין שול באַשטענדיק, צוזאַמען געהאַלטן, ווי צוויי חיהלעך, קורצזיכטיקע, אַליין שוין פון דער דרויסן־שיין צעמישטע, מיט די אָרעמע קאַפּאָטקעס אויף די דאַרע פּלייצעס, ווי ברעטלעך, — און אויך איצט, שטייענדיק אין דער ריי, אין דער לאַנגער שורה צום וואַגאָן גייענדיק, האָבן יעדערער אין מויל צו שטיקלעך ציגייערס געהאַלטן און דאָס לעצטע, וואָס מע קאָן פון זיי אַרויסבאַקומען, איילנדיק געצויגן.

דאָס — די היגע, וואָס האָבן נאָך ווי־ניט־ווי דאָך געהאַט אַ שטיקל מענטשעלך אויסזען. דאַן אַנדערע, פון דער פּראָווינץ אָנגעקומענע, אָנגעפאָרענע, וועלכע זיינען אַלע יאָרן ערגעץ אין פאַררוקטע, ווייט־פאַרוואָרפענע ישובים אָפּגעלעגן, — יענע — שוין גאָר ווילד, מיט אַזאַ הילוך, וואָס אַפילו ביי מער צוגעוואוינטע צו אַזוינע האָט געקאָנט אַ געלעכטער אַרויסרופן, בפרט ביי ניט געוואוינטע, ביי נישט קיין אייגענע, ביי זשאַנדאַרמען אויף אַ וואָקזאַל... אַזוי, אַז ווען זשוק האָט דערזען אָט דעם עולם, וועלכער האָט זיך איילנדיק, איבערגעשראָקן און וועלנדיק וואָס גיכער אין וואַגאָן אַריין, געשטופּט און גערוקט אַהין, האָט ער צו מאַטווייעוון, צום צווייטן זשאַנדאַרם, וואָס האָט זיך לעבן אים געטראָפן, אַ וואונק געטאָן; זאָל ער, הייסט עס, נאָר אַ קוק טאָן.

אין דער מינוט אָבער, ווי די זשאַנדאַרמען זיינען אַזוי לאַכנדיק אַנטקעגן וואַגאָן געשטאַנען, אַזוי האָבן זיי דערזען, ווי צום עק פון דער ריי זיינען די לעצטע דריי פּאַרשוינען אונטערגעקומען: דאָס זיינען געווען מיכל בוקיער, סרולי און לוזי, לוזי — הויך און שטאַלטנע אין זיין זומערדיקן מאַנטל אָנגעטאָן... און גלייך, ווי זיי, די זשאַנדאַרמען, האָבן אים דערזען, אַזוי האָט זיך פון זייערע פּנימער דאָס געלעכטער אָפּגעטאָן. זיי האָבן אין אים דערקענט אַ מין עלטסטן, אַ מין אָנפירער, אַ מער רייכערן און אין כבוד געהאַלטענעם, און פאַר אַזוינע, פאַר מער רייכע, פאַר מער בכבודע, האָבן זיי — צו וועמען יענע זאָלן ניט געהערן, צום סוחרים־שטאַנד, צו קלער־לייט, און פון וואָסער פאָלק און רעליגיע זיי זאָלן ניט זיין, אַבי נאָר אַן עלטסטער, אַבי אַן אויסגעטיילטער — שוין רעספּעקט און אַכטונג געקראָגן.

די זשאַנדאַרמען האָבן ווייטער, דאָרט פאַרן וואַגאָן שטייענדיק, געזען, ווי מיכל בוקיער און לוזי זיינען אין וואַגאָן אַריין, און נאָר איינער פון דעם גאַנצן עולם איז אויף דער פּלאַטפאָרמע געבליבן — סרולי, אַ משונה פּאַרשוין.

דער פּאַרשוין האָט, איידער דער עלטסטער ,לוזי, איז אין וואַגאָן אַריין, ↰ 308 זיך מיט אים פאַר די אַרויפגאַנג־טרעפּלעך געזעגנט. ער האָט אים עפּעס געווינטשעוועט, און יענער אים אויך, און אַז לוזי איז שוין אַריין, איז יענער פאַר די וואַגאָן־פענצטער שטיין געבליבן, אַזוי לאַנג, ביז דער צוג האָט גערירט, ביז ער האָט שוין געזאָלט פון דער פּלאַטפאָרמע פאַרשווינדן. דעמאָלט האָט זיך יענער עפּעס געכאַפּט, זיך דערמאָנט, גלייך ער האָט עפּעס אין וואַגאָן פאַרגעסן, ער האָט זיך פון זיין אָרט אַ לאָז געטאָן, נאָכן צוג אַוועק, און אין לעצטן מאָמענט נאָך באַוויזן מיט דער רעכטער האַנט זיך פאַרן פּלאַטפאָרמע־גאַנעקל אָנכאַפּן. ער איז געבליבן שטיין מעשה־קאָנדוקטאָר, מיט ביידע הענט פאַר ביידע הענטלעך אָנגענומען, און די פּאָלעס זיינען זיך אים פון ווינט צעפלויגן. ער האָט צוריק געקוקט אויפן אָפּגייענדיקן וואָקזאַל און אויך אויף די פאַרבליבענע זשאַנדאַרמען, וואָס אַן אַנדערשמאָל, ווען מען ריכט זיך דערויף, וואָלטן זיי זיכער אַזאַ זאַך ניט דערלאָזט, אָבער איצט — פאַרפאַלן, ווייל סרולי שוין ווייט, און די באַן שוין אָפּגעגאַנגען.

* *
*

און אָט איז ערב־ראש־השנה.

משה מאַשבער האָט, יענעם פרימאָרגן אויפשטייענדיק, געטאָן, וואָס אַלע זיין גלייכן טוען אין יענעם טאָג: צוערשט אויפן הייליק אָרט אַוועק, וואו ער איז פון ליבער־מאירן גלייך באַמערקט געוואָרן, נישט געקוקט אויפן גרויסן געדראַנג און אויף דער גרויסער מאַסע עולם, וואָס האָט זיך אין מויערל דעמאָלט אָנגעשטופּט. ליבער־מאיר האָט אים פון אַלעמען אויסגעטיילט און תיכף צו זיין דינסט זיך געשטעלט, און דערפאַר, נאַטירלעך, ווי ס׳געהער צו זיין באַלוינט געוואָרן.

נאָכדעם, אַז משה איז צוריק אַהיים אַוועק, האָט ער זיך, ווי דער מנהג איז, היינט מיט קיין געשעפטן ניט פאַרנומען: ער האָט אין שול צווישן דאַוונער, דערנאָך אין דער היים צווישן אייגענע, ווי־ניט־איז די צייט צעריבן.

ער האָט אַזוי ווייט געזען יענעם טאָג זיך אויסטאָן פון אַלעם, וואָס דערמאָנט אין וואָך און אין יערלעך־געוויינלעכן, אַז אינמיטן העלן טאָג, נאָכן ערב־יום־טובדיקן מיטיק, נאָך דעם, ווי אין שטוב האָט שוין גענומען שמעקן מיט יום־טובדיקע קליידער, וואָס די שטוב־לייט האָבן אויף זיך גענומען; נאָך דעם, ווי ס׳האָט שוין גענומען שמעקן מיט פאַרגרייטן טיש, וואָס באַלד וועלן זיך אויף אים די לייכטער באַווייזן צום פייערלעכן ליכט־בענטשן פונעם לעצטן מאָל אין יאָר — האָט משה, ווי ער טוט זעלטן, דאָס מאָל יאָ געטאָן: ער האָט זיך געהייסן די פאָרטקע פון סאָד אויפשליסן, איז אַהין אַריין און אויף די אויסגעטראָטענע זאַמדיקע סטעזשקעס אַ ניט קיין בשותפותדיקן שפּאַציר גענומען מאַכן.

ער האָט אויף די ביימער מיט די שוין האַלב־פאַרגעלטע בלעטער געקוקט, ↰ 309 וועלכע האָבן אים אויפן טרויעריקן געדענק אַרויפגעבראַכט, דעם אַנטשפּרעכיקן אי דער צייט פון יאָר — דעם האַרבסט פון דער נאַטור, אי דעם דערוואַרטן יום־טוב, וואָס קומט דערמאָנען אינעם האַרבסט פונעם מענטשן. ער האָט שפּאַצירט, און זיין אויג האָט וואו־ניט־וואו אויף די שוין אָפּגעשאָקלטע, סיי פריאיקע, סיי שפּעט־צייטיקע ביימער, ווען אַמאָל נאָך איינע אַ פאַרלאָזענע פרוכט הענגען דערזען.

שפּאַצירט, ביז די זון האָט זיך שוין צום פאַרנאַכט גענייגט. און דאָ האָט ער אויף איינער אַ סטעזשקע, אַ נאָענטער צום פּאַרקן, — אַרויפקומענדיק, אין הויף אַרויסגעקוקט. ער האָט דערזען, ווי אין די געעפנטע פענצטער פון זיין עס־שטוב (געעפנט, מחמת דער וועטער איז געווען אַ געשטילטער, אַ לינדער און כמעט אַ זומערדיקער), האָט זיך אין אייניקע פון זיי אַן אָפּגלאַנץ פון אָנגעצונדענע ליכט אין שטוב באַוויזן, — געוויס שוין אויפן עס־טיש שטייענדיקע. ער האָט זיך דערמאָנט: ס׳איז צייט פון ליכט־בענטשן, וואָס גיטעלע אין אַזוינע יום־טובים פאַרנעמט אַ ביסל פאַרפריער. און ער האָט דעם גאָרטן פאַרלאָזט און אין שטוב אַריינגעקומען.

ווירקלעך: אויפן ניי־פאַרשפּרייטן טיש איז אין איינעם אַן עק אַ ריי לייכטער אויסגעשטעלט געשטאַנען — גרויסע, זילבערנע, געשייערטע און בלאָנקענדיקע, און אינמיטן צווישן זיי — איינער אַ ירושה־לייכטער, ספּעציעל נאָר אין גרויסע יום־טובים געברויכט: אַ האַלבע מנורה מיט דריי רערן אין דער לענג, און פון דער מיטלסטער בייגט זיך אַרויס אַ פערטע פון פאָרנט.

אין אַלע לייכטער ווייסע ליכט, און אין דער מנורה — וואַקסענע, און אַזוי ווי די לייכטער־ריי אַ גרויסע, און באַזונדערס די האַלבע מנורה דערצו נאָך אַ שטאַרק הויכע, וואָס אַז גיטעלע וועט זי ביים ליכט־בענטשן באַדאַרפן אַרומנעמען און מיט די הענט איבער אירע ליכט אַריבערדערלאַנגען, וועט איר שווער זיין, ווייל זי איז נישט מער, ווי מיטעלן וואוקס, און אפשר אויך אַ ביסעלע נידעריקער, און אירע הענט וועלן ניט דערגרייכן, — האָט מען איר שוין, ווי ס׳פירט זיך כסדר, אַ פוסבענקעלע אונטערגעשטעלט, איר וואוקס צו פאַרגרעסערן און צו פאַרמערן אירע מעגלעכקייטן מי די הענט צו צעפירן.

און טאַקע: גיטעלע האָט זיך שוין געהאַט געגרייט אויפן בענקעלע אויפגיין, און איידער נאָך זי האָט אַ פוס אַהין געשטעלט, האָט זיך איר שוין טרערן געקייקלט, קוקנדיק אויף איר מאַן און אירע קינדער, וועלכע האָבן זי איצט ביים טיש אַרומגעשטעלט, און פאַר וועלכע זי וועט באַלד, ביים ליכט־בענטשן, פאַר אַלע אינאיינעם און פאַר יעדערן באַזונדער באַדאַרפן בעטן, צוערשט און באַזונדערס — פאַר איר מאַן.

אויך משה האָט דעמאָלט אויף איר, אויף די קינדער, אויף אַלע בני־בית אַ קוק געטאָן, און פּלוצלונג האָט ער זיך דערמאָנט, אַז איינער גאָר אַ שטוביקער פעלט דאָ — אַלטער. ער האָט דערום באַשלאָסן, פאַרן ליכט־בענטשן און ↰ 310 איידער ער וועט אין שול אַוועקגיין, אַרויפגיין צו אים געוואויר ווערן, זען, וואָס ער מאַכט, און וואָס איז מיט אים די לעצטע טעג נאָך יענער געוויסער נאַכט געשען: בעסער — ערגער. אויב בעסער — אַ גוט יאָר זאָגן, אויב ניט — איז כאָטש אויף אים אַ קוק טאָן, כדי שפּעטער אים כאָטש אין שול דערמאָנען. משה האָט דערום באַלד די עס־שטוב פאַרלאָזט און אין אַלטערס אייבערשטיבל אַרויפגעקומען, און, אַרויפגייענדיק, האָט ער באַמערקט: איבערן לינדן, האַלב־זומערדיקן וועטער איז אויך אַלטערס פענצטער, וואָס קוקט אין סאָד אַרויס, געעפנט געשטאַנען. די האַלב־פאַרגייענדיקע זון האָט דורך די ביימער אַ געלינדערטע, אַ געדעמפטע אין זיין צימער אַריינגעקוקט. אַלטער איז אַן איבערגעטאָנענער צום יום־טוב אין ווייסן וועש אויף זיין בעטל געלעגן, מיטן פּנים צו דער באַשיינטער פענצטער־זייט. אַ שטאַרק מאַטער, מיט בלאַסע אַריבערגעלייגטע הענט איבער דער קאָלדרע, פון דער שווערער קרענק, וואָס איז אויף אים איבערגעגאַנגען, אָבער די אויגן קלאָרע, באַזיניקט, ווי ביי אַ חיהשער קימפּעטאָרין נאָכן האָבן, וואָס דער צער פון די נאָר־וואָס איבערגעטראָגענע ליידן איז איר נאָך אין בליק אָנצוזען, אָבער קיין ווערטער האָט זי ניט אויף מיט דעם צופרידענעם און מיט דעם איבערגעקומענעם זיך צו טיילן.

אַז אַלטער האָט פריער דערהערט, דערנאָך דערזען זיין ברודער משה אויף דער שוועל אַרויפקומען, אַזוי האָט ער זיך באַלד צו אים אַ לייכטן דריי־אויס געטאָן, אויף אים אַ קוק געגעבן, און אַ האַלב־קראַנקער, האַלב־באַגליקטער אים צו זיך מיט די אויגן איינגעלאַדן.

— וואָס מאַכסטו, אַלטער? — האָט משה, צו אים איבערן בעטל זיך איבערבייגנדיק, געפרעגט.

— כ׳ווער, דאַכט זיך, געזונט, משה, — האָט משה אַלטערס שוואַכע ווערטער, פון זיין שוואַכער ברוסט קומענדיק, דערהערט.

ווירקלעך: משה האָט אין זיין טאָן, אין בליק און אין זיין גאַנצן איצטיקן באַנעם טאַקע דערקענט, אַז אַ נייס, אַן ענדערונג איז אויף אים געקומען. ער האָט זיך דערמאָנט אין יאַנאָווסקי דעם דאָקטערס ווערטער, אין יענעם געוויסן ביינאַכט, ווען מיט אַלטערן האָט זיך אין שטוב אונטן, בעת לוזיס אַוועקגיין, דער פאַל געטראָפן. ער האָט אים איצט דערזען באמת אַ ניי־געבוירענעם, כאָטש בלאַס און אָנמעכטיק. ער האָט זיך ווילד פאַרחידושט. אָבער איילנדיק זיך וואָס גיכער אַראָפּצוגיין און אין שטוב אַראָפּצוקומען, האָט ער זיך צו אים נאָכאַמאָל אַ נייג געטאָן און ווי אין אויער אים אַריינגעשריגן:

— האָב אַ גוט יאָר, ס׳היינט ערב־ראש־השנה. דו ווייסט?

— ערב־ראש־השנה? ניין. כ׳געדענק ניט...

משה איז אַראָפּ. גיטעלע האָט שוין, שטייענדיק אויפן פוס־בענקעלע, מיטן ווייסן זיידענעם קאָפּטיכל אויף איבער די אויערן פאַרנומען, די הענט ביי ↰ 311 די אויגן צוגעהאַלטן און איבער איר פּנים, דורך די פינגער, האָבן זיך איר טרערן געגאָסן. משה און זיינע איידעמס זיינען שוין אין אויבערמאַנטלען געשטאַנען, גרייט אין שול זיך לאָזן, און טעכטער האָבן נאָך אויף גיטעלען געוואַרט.

און אָט האָבן זיך אַלע פון שטוב אַרויסגעלאָזט און, אויסער די דינסטן אונטן, איז אַליין נאָר אַלטער אויפן אויבערשטיבל געבליבן. די פאַרגייענדיקע זון האָט דורכן באַשיינטן פענצטער זיין עלנטן בחורישן צימער באַלויכטן, אויך אים אַליין אין זיין ליגנדיקער לאַגע. אַלטער האָט דעמאָלט, ליגנדיק, שטיל געוויינט — שטיל אויף זיינע פאַרגאַנגענע יאָרן, וואָס זיינען אים פאַרגאַנגען אָן זיין וויסן, און אויף זיינע קומענדיקע, וואָס ער ווייסט ניט, וואָס וועט אים אין זיי געשען. ער האָט פּאַמעלעך די קאָלדרע פון איבער זיך אַראָפּגענומען און פון אונטער איר אַרויס, איז פון בעט אַראָפּ, און אַ שוואַך־זיך־שלעפּנדיקער, אַ האַלב־נאַקעטער צום פענצטער זיך צוגעשטעלט. ער האָט אין גאָרטן אַרויסגעקוקט און מיט האַלב־געשלאָסענע אויגן פון שוואַכקייט די פאַרגייענדיקע זון פון צווישן די ביימער באַגלייט.

↤ 312

XI
כמאַרעס

מע ווייסט ניט, ווי אַזוי מע וואָס זיך אין דער ווייטער גובערניע־שטאָט דערוואוסט פון דער מעשה מיטן פּאָרטרעט, אין וועלכן פּריצים האָבן געשאָסן בעת דער הוליאַנקע. מעגלעך, אַז דער זעלבער טאַקע סווענטיסלאַווסקי, וואָס נאָך אין יענעם זעלבן אויפדערנאַכט איז פאַר אַלעמען קלאָר געוואָרן, אַז דאָס איז ער טאַקע דער, וואָס האָט געשאָסן, — מעגלעך, אַז דאָס האָט ער טאַקע אַליין, נאָך דעם ווי ער האָט דאָס אויסקויף־געלט באַקומען, אַליין דערנאָך פאַרמסרט, מורא האָבנדיק, אַז סוף־כל־סוף זאָל מען זיך אַליין ניט דערוויסן, און דעמאָלט וועט ער שלעכט אָפּשניידן, וועט פאַר אים זיין ערגער.

אַ סברה, אַז אַזוי איז דאָס טאַקע געווען. איי, פאַרוואָס מע האָט אַ שטיק צייט דערנאָך סווענטיסלאַווסקין פאַרלאָרן פון אויגן און, ווי מע האָט איבערגעגעבן, איז ער יענע צייט געזעסן אַרעסטירט? ווער ווייסט? מעגלעך, אַז עפּעס פאַר אַן אַנדער שווינדל; מעגלעך אָבער אויך, אַז אין די הויכע ערטער האָט מען, מיטן אַרעסט געמיינט אים רייניקן אין די אויגן פון די פּריצים אַרום: אַז כלומרשט איז מען אויך אים חושד, אַז כלומרשט שטעקט דאָ אויך פאַר אים סכנה, און דערמיט וועט דער צוטרוי צו אים מצד די פּריצים, כאָטש אין דעם פאַל, ניט אָפּפאַלן, זייענדיק על כל פּנים איבערצייגט, אַז ניט ער האָט אויסגעגעבן. די הויכע ערטער, הייסט עס, האָבן דאָ געוואָלט פאַרהיטן סווענטיסלאַווסקין פאַר זיך, אַזוי ווי ס׳איז אָפט געטאָן געוואָרן און ווי ס׳האָט זיך פּראַקטיקירט אין אַזוינע געהיים־מלוכהשע פעלשונגען און מסירה־זאַכן.

ווי די מעשה זאָל ניט זיין, נאָר אין אַ שיינעם טאָג האָט זיך אין שטאָט באַוויזן אַ גאַנצע אויספאָרש־קאָמיסיע. מע האָט צו דער קאָמיסיעס אָנקומען שוין געהאַט אַראָפּגעבראַכט כמעט אַלע אָנטיילנעמער פון יענער הוליאַנקע אויף „פּרעטשיסטע”. אמת, דערווייל נאָך נישט איבעריק שטרענג, נאָר אין ספּעציעלע האַלב־געהיימע מעלדונגען, וואָס מע האָט אַריינגעשיקט צו די פּריצים אין די הויפן, איז געשריבן געווען, אַז צו דעם און דעם טאָג ווערן זיי גערופן אין קרייז־שטאָט, קיין N אויף אַן אויספרעג. וועגן וואָס דער אויספרעג — האָט די מעלדונג נישט דערקלערט, נאָר פּריצים האָבן גלייך פאַרשטאַנען און זיך אָנגעשטויסן, אַז ס׳איז געוויס אַ נאָכשלעפּעניש פון דעמאָלט, פון דער מעשה מיטן שיסן, און אַוודאי האָט די הויט אויף זיי שוין רעכט געציטערט.

ביי אַזאַ פּאַרשוין, למשל, ווי ביים יונגן קאָזעראָגע, איז שוין אַפילו רעכט ↰ 313 געווען, אַז מקורבים און הויף־לייט האָבן אים געעצהט, ער זאָל זיך פאַרנעמען און ווי מעגלעך גיכער די גרענעץ איבערשוואַרצן, ווייל ווער ווייסט, מיט וואָס אַזאַ זאַך קאָן זיך אָנהייבן און מיט וואָס זיך אויסלאָזן: אַז דער עיקר, ווי באַוואוסט, — האָבן הויף־לייט געטענהט, — מיינט מען דאָך דאָ ניט דעם אמת: יאָ גערעכט, ניט גערעכט, אַז דער עיקר וויל מען פון זיי פּטור ווערן, מע זוכט אַן אויסרייד, און ביי וואָס נאָר מע קאָן זיך אָנכאַפּן — אַבי אַ שולד, אַבי זיי ניט צורו לאָזן, אַבי פון זייערע איינגעזעסענע ערטער זיי אויסרייכערן און זייערע פאַרמעגנס לטובת דער מלוכה אַוועקנעמען.

אַזוי, אַז ביי קאָזעראָגען, למשל, האָט שוין דערביי טאַקע געהאַלטן — ביים אַנטלויפן. מע האָט דערנאָך דערציילט, אַז אין יענעם ביינאַכט, וואָס אויף מאָרגן האָט ער, לויט דער איינלאַדונג, שוין באַדאַרפט קומען אין קרייז־שטאָט, קיין N, — איז שוין ביי זיין „הויף” געשטאַנען אַ גרייט־געשפּאַנטע קאַרעטע, געטרייע דינער האָבן שוין געהאַט אַרויסגעטראָגן פון שטוב דאָס געפּעק ביי פאַקעלן, כדי דאָס אַוועקלייגן אויף דער קאַרעטע. ער אַליין, קאָזעראָגע, שוין אין וועג־מאַנטל, שוין אין אַ ווינטער־פּעלץ, ווייל ס׳האָט אים געטרייסלט און געפרעסטלט. אַלץ שוין גרייט. נאָר אין אַ לעצטן מאָמענט, ווען ער האָט מיט די שאַרפּענדיקע פיס זיך געלאָזט אַראָפּגיין פון די טרעפּ פון זיין הויז, האָט ער זיך עפּעס אַ משונה דריי געטאָן, זיך פאַרטשעפּעט און שיער־שיער ניט אומגעפאַלן, ווען ניט אַ נאָענטער דינער זאָל אים געווען אונטערכאַפּן. דער דינער האָט געמיינט, אַז דער פּריץ האָט זיך נאָר אויסגעגליטשט. עס האָט זיך אָבער אויסגעלאָזט — ניין, דער גראַף האָט זיך שוין פון דעם דינערס הענט ניט געקאָנט אויפהייבן. ער איז, ווי אַ קלאָץ, אָן לשון, אָן באַוועגונג און אינגאַנצן אַ געליימטער, מיט זיין גאַנצער שווערקייט אויף אים געלעגן — כאָטש נעם און לייג אים אַוועק אַ פּגר. מע האָט אים באַלד אין שטוב אַריינגעטראָגן און מע האָט גלייך דערזען: דאָס מויל איז אים אויף אַ זייט, פון ווינקל מויל רינט אים, איינס אַן אויג פרעמדלעך־גלאָזיק און אַ גאַנצער האַלבער קערפּער שוין בלוי, ווי אַ מילץ. אַזוי, אַז ער, קאָזעראָגע, איז אַרויס אין טיראַזש, און אים האָט מען דערווייל צורו געלאָזט.

אַלע אַנדערע אָבער זיינען, נאַטירלעך, אויף דער אויספאָרשונג יאָ געקומען. מע האָט זיי גענומען אויפן פאַרהער. זיי האָבן פריער געלייקנט שטיין־און־ביין. אַלע, ווי אָפּגערעדט, האָבן אַפילו דעם פאַקט פונעם שיסן נישט געוואָלט אָנערקענען. ס׳האָט אָבער נישט געהאָלפן: וואָס מער מיט איין אויסגעפרעגטן, אַלץ מער איז די אויספאָרשער צוגעקומען באַווייזן, אַז דער פאַקט איז זיכער געשען, און הענגען געבליבן איז נאָר די פראַגע, ווער איז געווען דער ערשטער, דער אָנהייבער, דער איניציאַטאָר, און ווער פון די איבעריקע האָט אים מיטפילנדיק אונטערגעהאַלטן, ווייל אַלע, ווי די אויספאָרשער זיינען געוואויר געוואָרן, האָבן דאָך צוזאַמען דעם פּויליש־פאַרבאָטענעם ↰ 314 הימן געזונגען, אַזוי אַז אין אַלגעמיין איז דאָס בילד געווען קלאָר, און נאַטירלעך, זיינען שוין אייניקע איינגעלאַדענע פּריצים אַהיים צוריק ניט געפאָרן און זיינען אין שטאָט פאַרבליבן גערעשטעוועט. און בינו־לבינו, בעת דער אויספאָרשונג, האָט מען שוין נאָך איינעם אַ פאָדעם אַרויסגעצויגן — יענעם, וואָס האָט געפירט צו די יידישע שטאָטישע נגידים, וועלכע האָבן, ליפערנדיק די פּריצים דאָס שטיץ־געלט, זיי געהאָלפן די זאַך צו פאַרווישן.

מע האָט דערום געלאָזט רופן אויך די יידישע גבירים. דאָס האָט אַרויסגערופן אַזאַ צעטומלעניש און שרעק אין אייניקע הייזער, אַז דער סוד, וואָס איז צוערשט געבליבן צווישן אייניקע געציילטע אוממיטלבאַרע אָנטיילנעמער אין יענעם ענין, ד. ה. צווישן אַליין נאָר די מענער, וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין דער געוויסער אסיפה ביי ר׳ דודין — אָט דער סוד איז איצט אויס סוד געוואָרן. פריער פאַר די ווייבער פון די אָנטיילנעמער, דערנאָך אויך פאַר די קינדער, אייגענע, פריינט, נאָענטע און קרובים. דער טומל און די פאַרלוירנקייט האָט שוין כמעט דערגרייכט, ווי בעת אַ שרפה אָדער בעת אַ געוויסער, ווען מע ווייסט זיך קיין עצה ניט צו טאָן. פון פאַרלוירנקייט האָבן אייניקע ווייבער, אייגענע, פריינט, קרובים באַלד גענומען לויפן צו גוטע־יידן נאָך עצות, און אַנדערע אויפן „פעלד” קברים מעסטן א. אַז. וו.

דעם רב, ר׳ דודין אַליין, האָט מען דערווייל נאָך צורו געלאָזט — צו דער אויספאָרשונג אים ניט גערופן. צי מחמת כבוד פאַרן קלער, צי מעגלעך אפשר דערפאַר, וואָס טאָמער וועלן זיך די איבעריקע עקשנען, זיך ניט וועלן מודה זיין און ס׳וועט האַלטן ביי ברענגען זיי צו אַ שבועה, זאָל דער רב זיי איבעררעדן, דערצו ניט דערלאָזן, ווייל אַנדערש וועט ער צוזאַמען מיט זיי מוזן שווערן — אַ זאַך, וואָס איז אַ בזיון פאַר קהל און וואָס אַפילו דער געריכט זעט מיט דעם זיך ניט אָפט באַנוצן, ביז לעצט, ביז אַלע מיטלען זיינען שוין אויסגעשעפּט. אַזוי, אַז אים, ר׳ דודין, האָט מען נאָך דערווייל ניט אָנגערירט. דאָס האָט אָבער ניט געשטערט, אַז אויך ביי אים אין שטוב זאָל זיך פילן תשעה־באב, אַז אויך דאָרט זאָל מען אַרומגיין אָן קעפּ: די רביצין — צעטומלט, און פון די הענט איז איר אַלעמאָל אַן אַנדער זאַך אַרויסגעפאַלן און זיך צעבראָכן, וואָס דאָס אַליין האָט איר שוין געדינט פאַר אַ שלעכטן סימן. ר׳ דודי אַליין האָט נאָר געשוויגן, נאָר דערפאַר די שנור ר׳ דודיס, וואָס דער איינציקער יחוס אירער איז געווען דאָס, וואָס זי האָט זיין איינציקן זון לאַנג קיין קינדער ניט געהאַט, און מע האָט איר אָפט געקוקט אויפן בויך און אויף אירע ווייבערשע פייאיקייטן, זי זאָל זיך מיט זיי, סוף־כל־סוף, באַווייזן, — זי, די שנור, וואָס איז אַלעמאָל אַרומגעגאַנגען פון גאַנצפרי אָן שוין אין זיידנס און אין שלייער, איז דאָס מאָל שוין פון איר פּוץ־גדר אַרויס, איז אַרומגעגאַנגען האַלב־אָנגעטאָן און איז אַלעמאָל פאַר איר מאַן געקומען, און ער, אַ צוגעשלאָגענער און האַלבער שלימזל, האָט זי צום טאַטן, צו ר׳ דודין, ↰ 315 אָפּגעשיקט, און ר׳ דודי אַליין, דער, וואָס אַ גאַנצע שטאָט און אַ גאַנצע געגנט האָט פאַר אים געציטערט און גרויס אַכטונג געהאַט, — ר׳ דודי אַליין האָט זיך דאָס מאָל פון דער שנור געלאָזט אויסוואַרפן און ריזען:

— אַז וואָס האָט דאָס אים געטויגט? הלמאי האָט איר זיך גאָר געמישט? מ׳איז דאָך דאָ איינגעשטעלט מיטן לעבן.

— וויי איז איר! — האָט זי געטענהט, — וואָס וועט דאָ זיין, און וואוהין וועלן זיי אַהינקומען?

אויך אין אַנדערע שטיבער, ביי די גבירים, ווי געזאָגט, זיינען קעפּ געגאַנגען כאָדאָראָם, און פאַרן גיין צו די אויספאָרשער און נאָכן קומען האָבן די ווייבער אויף די מענער גענוג טרערן פאַרגאָסן און אויך זיי גענוג פאָרוואורפן געמאַכט: „אוודאי, אַז מע טוט אַליין, תמיד אויף אייגענער אחריות און מע עצהט זיך קיינמאָל ניט אַפילו מיט קיין שטוב־מענטשן, אַפילו מיט קיין אייגן ווייב ניט.” און נאָך די אַלע פאָרוואורפן זיינען די מאַנען, גייענדיק אַהין, וואוהין זיי זיינען גערופן געוואָרן, באַגלייט געוואָרן פון די ווייבער, אַזוי ווי אויף די עשאַפאָטן.

די גאַנצע צייט, ווען מע האָט זיי דאָרט געהאַלטן, האָבן הייזער ניט געלעבט, ניט גערוט. מע איז אומגעלאָפן, ווי פאַרסמטע, זוכנדיק און פרעגנדיק עצות ביי וועמען מע האָט געמיינט זיי צו געפינען, און אויך אַפילו ביי וועמען ניט.

דאָס זעלבע, נאַטירלעך, אויך אין אונדזער באַקאַנטער שטוב, ביי משה מאַשבער, וואָס אויך אויף אים האָט זיך די מעשה־אויספאָרשונג ווי אַ פינצטערע כמאַרע אָנגערוקט. מע האָט ניט געוואוסט פון וואָס און פונוואַנען, ווייל פאַר דער גאַנצער שטוב, אַפילו פאַר גיטעלען, אויסער נאָר פאַרן יינגערן איידעם, פאַר נחום לענטשער, איז דאָך די גאַנצע מעשה מיט די פּריצים און מיט דער אסיפה ביי ר׳ דודין געבליבן אַ סוד, וואָס מע האָט ניט געהאַלטן פאַר נייטיק אים צו דערציילן. איצט האָט מען שוין נישט געקאָנט, מע האָט געמוזט אַרויס מיט אים, און די שטוב־לייט האָט דאָס געטראָפן ווי אַ דונער.

אַלע האָבן געקוקט אויף משהן, ווי אויף אַ פאַראורטיילטן, און ווי מיט אַ חולה מסוכן האָט מען זיך מיט אם מיט די בליקן געזעגנט און שטילערהייט אים באַוויינט. גיטעלע — אויסער זיך. זי איז אַרומגעגאַנגען איבער דער שטוב הין און צוריק, ווי אַ מענטש, וואָס האָט עפּעס אַ שווערן ענין צו באַטראַכטן, גייט אום פון ווינקל צו ווינקל און ברעכט די הענט און קנאַקט די פינגער, זוכנדיק אַן אויסגאַנג פון דעם, צו וועלכן ער האָט זיך אין קלעם אַריינגעפּאַקט. זי איז געווען צעמישט, אָבער אַזוי ווי די זאַך איז געווען צו ערנסט, האָט זי דאָס מאָל ניט געפונען קיין לייכטע טרערן פונעם האַרץ זיך אָפּצואוויינען, נאָר, פאַרקערט, זי איז געווען געשלאָסן, האָט קיין מויל ניט געעפנט, זיך אַפילו מיט וועמען־ניט־איז וועגן דעם זיך דורכצורעדן.

↤ 316

אַזוי אויך די טעכטער משהס. איין נחום נאָר, דער איידעם, ווי אַ מאַנצביל און ווי אַ מער צוגעגרייטער און אַ מער באַהאַוונטער אין דעם ענין, ווייל אים איז דאָך פון לכתחילה אָן דער סוד פאַרטרויט געווען, האָט מיטן שווער, מיט משהן, ,וועגן דעם יאָ אַ פּאָר ווערטער אויסגערעדט, אָבער מיט אַ מין תרעומות און מיט יענעם סאָרט חכמה, וואָס מע דערווערבט כסדר נאָך דעם, ווען אַן אַנדערער טוט אָפּ אַ נאַרישקייט. ער האָט איצט שטילערהייט געפּרואווט זיין דער קלוגער און אויסוואַרפן דעם שווער דאָס, וואָס פאַרפאַלן און וואָס אין איצטיקן מאָמענט האָט עס שוין געהייסן נישט מער, ווי זאַלצן יענעם אויף די וואונדן.

— פאַרוואָס האָט מען טאַקע ניט באַטראַכט, איידער מע איז צו אַזאַ עסק שותף געוואָרן, איידער מע איז גאָר געגאַנגען דערויף, אַפילו ווען דערויף האָט צוגערעדט אַזאַ, ווי ר׳ דודי, און ווען אַפילו אַלע זיינען דערויף איינגעגאַנגען.

מיט איינעם וואָרט, צרות האָבן געהאַט אַלע יענע הייזער, וואָס זייערע פאָטערס און מאַנען זיינען אין יענעם ענין געווען פאַרמישט, סיי איידער זייערע פאָטערס, מאַנען זיינען אויף דער אויספאָרשונג געגאַנגען, באַזונדערס אָבער דערנאָך, שוין נאָך דער אויספאָרשונג, ווען אַלע זיינען, ווי די אבלים פון באַגלייטן עפּעס אַ נאָענטן מת, צוריק אַהיים געקומען — אָן לשון אין מויל און מיט קעפּ אַראָפּגעלאָזטע. .

ווייל יידן האָבן בעת דער אויספאָרשונג טאַקע רעכט גוט אָנגעפּלאָנטערט:

ניט צונויפרעדנדיק זיך פריער, אָדער נישט זייענדיק אַלע ביי איין דעה, ווי אַזוי זיך צו האַלטן, האָט יעדער אויף זיין אייגענער אחריות צוערשט די גאַנצע מעשה מיט דער אסיפה און מיט דעם געלט־אַנטלייען געלייקנט שטיין־און־ביין; מע ווייסט ניט פון עפּעס צו זאָגן. אָבער אַז מע האָט געזען, אַז די אויספאָרשער ווייסן פון אַלץ ביז אַ מינדסט, גענוי אַפילו וויפיל מענטשן האָבן דאָרט אָנטיילגענומען, גענוי אויך די סומע, וועלכע ס׳האָט זיך געפאָדערט און וועלכע זיי האָבן טאַקע צוגעשטעלט — האָט מען פאַרשטאַנען, אַז לייקענען און זיך מאַכן טאַמעוואַטע וועט שוין דאָ נישט דורכגיין, און מע האָט געמוזט — בע־מע — אַלץ, וואָס מע האָט געוואוסט, פאַקט נאָך פאַקט דאָס גאַנצע בילד פון דער אסיפה און דעם גאַנצן אמת אויסלייגן. מע האָט ביי די צונגען געשלעפּט, און די צונגען האָבן שוין ביי אַלע אין דרויסן געשטעקט.

אמת, די באַציאונג פון די אויספאָרשער צו די אויסגעפרעגטע יידן איז ניט געווען די זעלבע האַרבע, ווי צו די פּריצים. פון לכתחילה אָן איז פאַר די אויספאָרשער, ווייזט אויס, קלאָר געוואָרן (און אפשר זיינען זיי שוין מיט אָט דער מיינונג גרייט פאַרטיק פון דער געהעריקער מאַכט אַראָפּגעקומען), אַז דער אָנטייל פון די יידן אין אָט דער מעשה איז בשום־אופן ניט צו פאַרגלייכן ↰ 317 מיט דעם אָנטייל פון די פּריצים. די יידן האָט קיינער דאָ ניט חושד געווען אין מיטגעפיל צו דער עצם־זאַך, ווי זיך קעגנשטעלן דער מלוכה, ווי בכלל צו האָבן צו אַזוינע זאַכן אַ וואָסער־ניט־איז שייכות. דער עיקר שולד זייערע האָט דאָ נאָר געקאָנט זיין אין וועלן אַרויסהעלפן די פּריצים, ווי תמיד זיי זיינען געוואוינט, ווען יענע זיינען געענגט, און פון זייער זייט האָט דאָס געשמעקט נאָר מיט האַנדל, מיט פּראָצענט, מיט געלט רווחים און נישט מער. אַזוי, אַז דער גאַנצער ענין — האָט מען געקאָנט אויסטייטשן — איז זיי גאָר ניט אָנגעגאַנגען, זיי זיינען אַפילו ניט מחויב געווען צו וויסן, ווי ווייט די פּריצים זיינען שולדיק און אויף וויפיל דאַרף מען זיך דאָ פון דעם ענין ווייט האַלטן.

אמת, מע האָט געקאָנט אויסטייטשן אויך אַנדערש, פאַרקערט אַ העלפן אַ פאַרברעכער איז אַליין אַ פאַרברעכן. די יידן מיט די פּריצים זיינען דאָ איינס: יענע האָבן געטאָן, די האָבן פאַרשטעלט, יענע — פאַרשולדיקט, און די האָבן זיי אויסבאַהאַלטן, און נישט נאָר זיי, די יידן, האָבן אַליין נישט דערציילט, נאָר אויך געגעבן געלט און כאַבאַר, אַז אויך אַנדערע זאָלן ניט דערציילן.

יאָ, מע האָט געקאָנט טייטשן אי אַזוי, אי אַזוי. דאָך, ווען די אויסגעפרעגטע וואָלטן ניט געווען אַזוי צעטומלט, וואָלטן זיי זיכער באַמערקט, אַז די באַציאונג צו זיי איז דאָך אַ פיל לייכטערע. אַ סימן — מע האָט קיינעם פון זיי נאָכן אויספרעגן ניט פאַרהאַלטן, און אויך ביי דעם אויספרעגן האָט מען געזען, אַז מע וויל דאָ ביי זיי נישט מער ,ווי נאָר דערגיין דעם אמת, נאָר דעם פאַקט אויפשטעלן — די מעשה מיטן געלט אַנטלייען, אָבער זיי אַליין, די אויסגעפרעגטע, שפּילן דאָ קיין איבעריקע ראָלע. אַזוי ווי אָבער אַלע פאַרלוירן — פאַר אַלעמען, פונעם פּלאָנטערן און פון דעם, וואָס מע האָט פריער געוואָלט לייקענען, דערנאָך זיך געמוזט מודה זיין, איז מען צעטומלט געבליבן און מע האָט שוין נישט געקאָנט באַנעמען נישט אין טאָן, נישט אינעם האַלטן זיך און נישט אין דער באַציאונג, אויף וויפיל מע מעג דאָ רואיק זיין און אויף וויפיל אומרואיק, און אַלע האָבן זיך נאָך מער פאַרלוירן, אַזוי ווייט, אַז אַלע האָבן, נאָך דער אויספאָרשונג אַהיים קומענדיק, אויסגעזען, ווי נאָך אַ שווערן תענית, אָדער ווי נאָך אַ דונערשלאַג, ווען רויך איז אין קאָפּ און פּחד אין די אויגן. אַלע — ניט אויסגענומען אויך משה מאַשבער, נאַטירלעך.

* *
*

דאָס איז פאָרגעקומען גלייך נאָך די יום־טובים, אַרום אָנהייב חודש חשוון, ווען אין דרויסן שוין דער געוויסער האַרבסט מיט די רעגנס בייטאָג, רעגנס ביינאַכט, אָן אויפהער און אויף גאַנצע וואָכן. יענער חודש, וואָס אַפילו אין געוויינלעכע צייטן, איז אויך אויפן האַרץ פון אַ גאַנצער שטאָט אַ בלאָטע, ווי אין דרויסן. ס׳גייט אַ לאַנגער האַרבסט, דערנאָך דער ווינטער, שווער פאַר ↰ 318 אַלעמען, פאַר אָרעמע באַלמעלאָכעס, וואָס נאָך די יום־טובים און יאַרידים־צייט פון סוף זומער איז זיי די פּרנסה קנאַפּ. שווער אויך דעם מיטעלן שטאַנד, וואָס ביז די ווינטערדיקע „פאַסטן”, ביז ס׳שטעלט זיך אַ גוטער שליטוועגס איז דער האַנדל נישט איבעריק געהויבן אויך פאַר מער פאַרמעגלעכע בכלל שווער — אַליין פונעם דרויסן, וואָס ער זייט, ווי דורך אַ זיפּ, און נעפּלען שטייען אי בייטאָג, אי ביינאַכט אין שטאָט און אויף דער ווייטער געגנט אַרום און מאַכן די שיין טונקל און דעם אָטעם געדריקט. דער עיקר אָבער דאָס יאָר אויך מאַטעריעל שווער אַפילו פאַר פאַרמעגלעכע, ווייל דאָס יאָר האָט זיך, ווי מ׳האָט שוין סוף זומער געקאָנט אַרויסזען, זיך געשטעלט אַ שלעכטס, מחמת דער אומגערעטעניש, וואָס דאָס וועט זיך אויף אַלע געשעפטן נישט איבעריק גוט אָפּרופן, נישט אויסגענומען קיינעם, נישט אויסגענומען אַפילו אַזאַ הויז אויך, ווי אונדזער משה מאַשבערס — און אפשר גאָר פאַרקערט, פאַר משה מאַשבערס הויז באַזונדערס שלעכט.

וואָרעם באמת: ווער ס׳איז אַ ביסל מער קלאָר אין די געשעפטן פון יענער צייט, דער ווייסט אויך, אויף וואָס אַזוינע הייזער, אַזוינע געלט־קאָנטאָרן, ווי משה מאַשבערס, האָבן זיך דעמאָלט געהאַלטן און זיך געגרינדעט. הייסן האָט דאָס באַדאַרפט אַזאַ הויז, אַזאַ געשעפט ווי משה מאַשבערס, אַ מין „קרעדיט־און־דיסקאָנט־געשעפט”, ווי מע האָט שפּעטער מיט יאָרן אַזוינע טאַקע אָנגערופן. די אַרט געלט־מסחרים און אָפּעראַציעס — טאַקע, ווי אין אַ מין קרעדיט־ און דיסקאָנט־באַנק, די באַזע אָבער, ד. ה. דער קרעדיט, דער אומזאַץ־קאַפּיטאַל, אוסערן גרונט־קאַפּיטאַל פונעם אייגנטימער, איז געווען גאָר אַן אַנדערער ווי אין די קרעדיט־ און דיסקאָנט־קאָנטאָרן פון די שפּעטערע יאָרן.

יענע יאָרן, וועגן וועלכע מיר רעדן דאָ, האָבן זיך אַזוינע געשעפטן געמיט אַ ביסל פּרימיטיוו; נישט דער עיקר אויפן קרעדיט, וואָס שפּעטער פלעגן אַזוינע באַציען פון גרעסערע בענק. ניין, דער עיקר האָבן אַזוינע געשעפטן אין יענע צייטן אין אַזוינע פּראָווינציעלע שטעט, ווי N, געלעבט פון אַלטפרענקישן צוטרוי טאַקע פון די איינוואוינער פון די זעלבע שטעט, וועלכע האָבן פאַר זייערע אָפּגעשפּאָרטע געלטן תמיד געזוכט אַ זיכערע האַנט, אַ בטוח, און ציטערנדיק איבער זייער קרן־קאַפּיטאַל, האָבן זיי אָפט אַפילו אויף דער גרייס פון די פּראָצענטן ניט געקוקט און האָבן זיך באַנוגנט מיט ווייניקער, וויפיל זיי וואָלטן געקאָנט אַרויסבאַקומען ביי נישט קיין בטוחים.

ס׳האָבן געהאַלטן געלט אין אַזוינע געשעפטן מענטשן מיטעלע און אַפילו אָרעמלעכע, וועלכע האָבן געשפּאָרט אויף נדן פאַר קינדער, אויף בויען זיך אַ דירה, אָדער אַלטע לייט, וואָס האָבן אָפּגעלייגט געלט אויף דער עלטער — אויף לעצטע יאָרן לעבן, און דערנאָך אויף קבורה און תכריכים א. אַז .וו.; מענטשן, וואָס האָבן מורא געהאַט דאָס ווייניק ביסל פאַרמעגן צו האַלטן ביי ↰ 319 זיך און אויך אין פרעמדע, נישט זיכערע הענט דאָס איבערגעבן, און אַזוינע געשעפטן האָבן זיי געדינט פאַר פייער־קאַסעס, און זיי האָבן זיך פאַרלאָזט אויף זיי, ווי אַליין כמעט אויפן רבונו של עולם.

מיט איינעם וואָרט, אָט דאָס, אָט אָ־דער צוטרוי איז געווען דער הויפּט־קוואַל, פונוואַנען אַזוינע געשעפטן האָבן זיך גענערט און פונוואַנען דאָס מערסט געלט און קאַפּיטאַל איז צו זיי געפלאָסן. ס׳איז דערום גענוג געווען, אַז אַ ליאַדע שלעכט וואָרט, אַ ליאַדע שלעכטע ידיעה — אַ באַגרינדעטע אָדער ניט — זאָל זיי מיטאַמאָל דעם גאַנצן קרעדיט אונטעררייסן, און אַזוי ווי מ׳האָט זיך פריער אין יענע געשעפטן געהאַלטן, ווי אין אַן אייזערנער וואַנט, אַזוי זאָל מען איצט, נאָך דער שלעכטער ידיעה, נישט פעלנדיק דערגיין אַפילו דעם מקור, פונוואַנען זי שטאַמט, — אַזוי זאָל מען איצט דאָס געשעפט באַלאַגערן, און מיט קולות און מיט זידלערייען, ביז קללות און ביז שטיינער אין די פענצטער, דאָס פאַרטרויטע געלט צוריק אַרויספאָדערן.

אמת, חלילה, ס׳האָט נאָך דערביי ניט געהאַלטן ביי משהן, מיט דער שלעכטער ידיעה האָט נאָך געהאַלטן ווייט. מע האָט דאָך, ווי געזאָגט, ווי ווייט מעגלעך די מעשה מיט די פּריצים געטישקעוועט. מע האָט זי צום ברייטן עולם ניט דערלאָזט, און אַליין יענעם עולם האָט זיך דאָס בכלל אויפן זינען ניט געלייגט, אַפילו ווען מע האָט אים יאָ דערציילט און ס׳האָט יאָ צו זיין אויער דערגרייכט: „אייסעך, וואָס פאַר אַ פּריצים און וואָס פאַר אַ שיסן? און אַז יאָ געשאָסן, איז וואָס? צו זייערע קעפּ! צו זייערע הענט־און־פיס! מה־יעשהניקעס! אָבער וואָס האָבן דען דערצו חשובע און אָנגעזעענע באַלעבאַטים, ווי אַזאַ ווי משה מאַשבער, פאַר אַ שייכות? — ניין, ס׳גלייבט זיך ניט און לייגט זיך ניט אויפן שכל”... אַזוי האָבן צוערשט געטראַכט אַלע, בפרט האָבן זיך ניט געקענט גלייבן אַזוינע לייט, וועגן וועלכע מיר האָבן נאָר־וואָס גערעדט, יענער שיכט, מישטיינסגעזאָגטע קרעדיטאָרן — מענטשן האַלב־דערשלאָגענע, וואָס גייען קיינמאָל פון זייערע אָרעמע קרייז־אינטערעסן ניט אַרויס, וואָס מע לעבט נישטיק און פונעם נישטיקן לעבן שפּאָרט מען נאָך אָפּ אַ גראָשן אַ נישטיקן, מע היט אים, ווי דאָס אויג אין קאָפּ, מע בינדט אים, מע קניפּלט אים, ביז ס׳קלייבט זיך אָן אַ שוין קוים־דערלעבטע סומע, וועלכע מע זאָל קאָנען לייטיש טראָגן און אין לייטישע הענט זי אַוועקלייגן; און וואָס, אגב, דערצו, צו אָט דעם טראָגעניש, פלעגט מען זיך כסדר אָנטאָן די יום־טובדיקע קאַפּאָטע, און אַז מע איז געקומען אַהין, צו וועמען מע האָט געבראַכט דאָס געלט, — צום גרויסן געלט־חשוב — איז מען געשטאַנען, ווי אַן אָרעמאַן פאַר דער טיר, גלייך מע דאַרף דאָ פון יענעם גאָר די גרויסע טובה...

אָט די לייט, זאָגן מיר, איז אַפילו ווען די מעשה־פּריצים האָט צו זיי יאָ דערגרייכט, האָבן זיי ניט פאַרשטאַנען איר באַטייט ניט פאַר יענעם, מיט וועמען זי האָט געטראָפן, און אוודאי, און אוודאי ניט פאַר זיי אַליין, וואָס „וואָס ↰ 320 האָט דאָס צו זיי פאַר אַ שייכות, וואָס גייט עס זיי אָן?” — און זיי האָבן פאַר דער גאַנצער מעשה ווי געהאַט וואַטע אין אויער...

דאָך, אויף וויפיל די מעשה איז פאָרט באַוואוסט געוואָרן, און מע האָט גענומען פון איר רעדן, און אויף וויפיל אויך אַזוינע, האַלב־געמיינע לייט, האָבן זיך פון איר דערוואוסט, איז כאָטש ניט באַנעמענדיק, ווי געזאָגט, דעם גענויען באַטייט פון דער געשעעניש, דאָך האָבן זיי פון עפּעס אַ טעמפּן פאָרגעפיל זיך אָנגעהויבן באַאומרואיקן און פאַר זייערע אויסבאַהאַלטענע און ציטערדיקע קניפּלעך דערשמעקט סכנה.

מע האָט דערום דעמאָלט געקאָנט טרעפן יעדן אַזאַ איינעם, ווי ער איז אינמיטן אַ פרימאָרגן, פון זיין געמיינער באַשעפטיקונג אָפּגעריסן, אַהיים געקומען, און שטייענדיק פאַר אַן אַלטמאָדישער קליידער־שאַפע, אָדער איבערגעבויגן איבער אַ באַנק־בעטל, ווען אין שטוב איז קיין שאַפע ניט געווען, האָט ער פון צווישן אַנדערע שטוב־מלבושים, פון וועלכע ס׳האָט געשמעקט מיט שימל און מיט נילי, אַרויסגענומען די יום־טובדיקע קאַפּאָטע, זיך איבערגעטאָן, און אינמיטן העלן טאָג אַהין, אין משה מאַשבערס קאָנטאָר, זיך אַוועקגעלאָזט.

זיי האָבן זיך אַהין אַריינגעשטעלט נישט צו דער צייט, נישט קיין געוואונטשענע און האַלב־פאַרשעמטע, און נישט האָבנדיק קיין ווערטער אין מויל, ווי בכלל ווי מע קומט פאַרן הויכן גראַד מענטשן און געשעפטן, ווען דאָס אייגענע לשון קלעקט נישט — האָט אַזאַ ייד דעמאָלט, לאָמיר זאָגן, וואָס האָט געקליבן געלט פאַר אַ טאָכטער, אָדער אַזאַ, וואָס האָט געשפּאָרט געלט אויף עפענען אַ קלייטל, — גענומען אויף אַ מין שטום־לשון צו בעבען:

— ער האָט געהערט... אין שטאָט עפּעס גייען אום קלאַנגען... איז וואָלט אפשר מעגלעך געווען, מע זאָל אים איצט, טאַקע איצט, טאַקע היינט, הייסט עס, זיין געלט אַרויסגעבן?

— וואָס איז געשען? — פלעגט מען אין קאָנטאָר דעמאָלט פרעגן, — וואָס, דער זמן פון זיין וועקסל האָט זיך געענדיקט?

— ניין, דער זמן נאָך ניט, — האָט יענער געזאָגט, — ווער רעדט דען פון זמן? פון מיינעטוועגן וואָלט עס געקענט ליגן עטלעכע זמנים, נאָר אַז די שטאָט רעדט, אַז ס׳גייען אום קלאַנגען...

— וואָסערע קלאַנגען? — פלעגט מען שוין ביי אַזאַ אַ פרעג טאָן מיט בייזער.

— אַז עפּעס פּריצים האָבן, זאָגט מען, געשאָסן...

— איז וואָס, — פלעגט מען זיך וויצלען, — האָט עס אין אייך געטראָפן? גייט געזונט! — פלעגט מען אַזוינע ווייטער זאָגן, — אַז דער זמן וועט זיך ענדיקן און איר וועט וועלן אייער געלט, וועט מען עס אייך אָפּגעבן בכבוד ↰ 321 גדול, אָבער פאַרן זמן איז קיין געלט ניטאָ, פאַרן זמן גיט מען ניט, גייט געזונט!

אַזוי פלעגן ענטפערן די אָנגעשטעלטע, די בוך־פירער, וועמען ס׳איז איבערגעגעבן געווען מיט אַזוינע לייט האָבן צו טאָן, און יענע פלעגן אַוועקגיין מיט דעם, מיט וואָס זיי זיינען געקומען, אָבער שוין געטרייסטע אַליין דערפון, וואָס זיי האָבן, צוליב באַזוכן די קאָנטאָר, די שבתדיקע קאַפּאָטע אָנגעטאָן און דערמיט אַליין האָבן זיי זיך שוין געפילט, ווי שטיקלעך שותפים צו דער קאָנטאָר.

אַן אַנדערער פון יענע לייט, אַ מער דרייסטער און ווייניקער מורא־האָבנדיקער, אַזאַ, וואָס די ווייניקער מורא האָט זיך אים גענומען פון דעם צו גרויסן אומרו, וואָס האָט אים באַהערשט, — אַזאַ איינער האָט פון לכתחילה אָן, גלייך ווי ער האָט זיך אין קאָנטאָר אַריינגעשטעלט, די קלענערע אָנגעשטעלטע אויסגעמיטן, און אַז מע האָט אים געפרעגט, וועמען באַדאַרף ער, האָט ער גלייך געזאָגט און אָנגערופן די נעמען פון די באַלעבאַטים:

— צו ר׳ משה מאַשבער, אָדער צו זיין איידעם, וואָס פאַרבייט אים.

— און אפשר קאָנט איר דאָס אונדז זאָגן? — האָבן אָנגעשטעלטע געפרעגט, — די באַלעבאַטים זיינען פאַרנומען.

— נישקשה, מיר קאָנען אויסוואַרטן.

און אַזוינע האָבן זיך טאַקע אויסגעוואַרט, ביז זיי זיינען אַליין צו משהן אַריינגעלאָזט געוואָרן, פעלנדיק זיך איבערצייגן, צי איז טאַקע אמת, וואָס מע זאָגט, זען, ווי האַלט ער זיך, ווי ער זעט אויס און ווי אַזוי טוט ער מיט בעל־חובות רעדן, וואָס דערפון וועט קלאָר ווערן, אויף וויפיל איז אמת דאָס, וואָס מע רעדט, אָדער אויף וויפיל איז די מעשה אויסגעטראַכט און שקר.

אויף משה מאַשבער האָבן אייניקע אַזוינע באַזוכן געמאַכט זייער אַ שווערן איינדרוק. ער האָט נישט איין מאָל געוואָלט אָנשרייען, זיי כמעט אַרויסטרייבן, נאָר אַזוי ווי די לאַגע איז טאַקע געווען אַ געענגטע, און אַזוי ווי אַ שלעכטע מינע בנוגע אַזאַ סאָרט קרעדיטאָרן קאָן שלעכט אויסגעטייטשט ווערן און זיך צעטראָגן צווישן אַלע איבעריקע, האָט ער דערום אַלץ געזען זיך אָפּצוהאַלטן פון כעס און בייזער; אָבער ס׳האָט אים היפּש געקאָסט: נאָכן אַרויסגיין פון אַזאַ איינעם און נאָך אַזאַ שלימזלדיקן באַזוך האָט משה אין דער שטיל געזיפצט, איז געבליבן לאַנג זיצן אין דעם שטול פאַרזונקען, ס׳האָט אים אָפט אָטעם אויסגעפעלט, און ער האָט געזוכט דעם מאַנטל אויף אין גאַס אַוועקגיין.

ערגער: ס׳זיינען געווען אַזוינע, וואָס די קאָנטאָר איז זיי געווען ווייניק, און זיי האָבן זיך צו משה מאַשבער אַהיים אַוועקגעלאָזט. דאָס זיינען געווען אַזעלכע, וועלכע האָבן זיך געהאַלטן פאַר שטיקלעך קרובים, אָדער וואָס זיינען מיט משה מאַשבער געפאָרן צו איין רבין, געדאַוונט מיט אים אין איין קלויז, א. אַז. וו. זיי האָבן אָפּגעציפערט די צייט, ווען ער איז אין דער היים ניט ↰ 322 געווען, און האָבן זיך צו גיטעלען אָדער צו משהס טעכטער געווענדט. שוין גלייך צום אָנהייב האָבן זיי גענומען רעדן מיט אַזאַ טאָן, גלייך ס׳האַלט ערב אַ זיכערן אָנזעץ, און זיי קומען מיט ווייכע רייד פאַר גיטעלעס און פאַר אירע טעכטערס פיינעם געוויסן זיך קלאָגן און איינטענהן:

— וועמען, וועמען, אָבער זיי, די קרובים?... פון וועמען, פון וועמען, אָבער פון אַזאַ, ווי משה, האָבן זיי זיך אַזוינס ניט געריכט...

— וואָס געריכט? וואָס אַזאַ, ווי משה? — פלעגן גיטעלע און אירע טעכטער ביי אַזוינע לייט זיך דערפרעגן, נישט פאַרשטייענדיק אַפילו אין וואָס דאָ גייט.

— אַז מע האָט געשמועסט „אין גוטע הענט”, „אַ בטוח” — איז ווער איז דען אַ גרעסערער בטוח, ווי משה? — האָבן יענע געענטפערט.

— איז וואָס ווילן זיי? — האָט מען ביי זיי געפרעגט.

— זייער געלט ווילן זיי!

— איז וואָס זיינען זיי געקומען אַהער? דערויף איז דאָ אַ קאָנטאָר.

מע האָט ביי זיי דאָ ניט גענומען, און דאָ ווייסט מען פון גאָרניט, דאָ מאַכט מען קיין געשעפטן ניט.

אַזוי האָט מען זיי געענטפערט. אָבער שטיל, ווען יענע לייט זיינען אַרויס פון שטוב, ווי מע האָט גאָר דערזען זייערע פּלייצעס צו דער טיר אויסגעקערעוועט, אַזוי האָט גיטעלע אַלעמאָל דעם צימער, וואו זי האָט זיי אויפגענומען, פאַרלאָזט, איז אַוועק צו זיך, און דאָרט אַמאָל אַ טרער און אַמאָל מער אָפּגעווישט.

* *
*

יאָ, די לאַגע איז גאָר ניט געווען פויגלדיק, און דאָ ווילן מיר אַ סוד דערציילן. ס׳האָט געהאַלטן דערביי, אַז צו יענער צייט האָט נחום לענטשער, משה מאַשבערס יינגערער איידעם, פאַרטראַכט פון געשעפט זיך אָפּטיילן.

ער האָט ביז אַהער געאַרבעט צוזאַמען, אויף שותפות, ד. ה. ער האָט פון דער אַלגעמיינער קאַסע אַרויסגענומען, ערשטנס, דאָס, וואָס ער האָט באַדאַרפט צו זיין שטוב־ און פאַמיליע־אויסהאַלט, און אויסער דעם, נאָך אויף געוויסע פּראָצענטן ריוח, ד. ה., אַז נאָך יעדן יאָר־באַלאַנס האָט ער געקאָנט זען: אויב דאָס יאָר איז געווען גוט, דאָס געשעפט געוואַקסן, זיינען געוואַקסן אויך זיינע פּראָצענטן, אויב ניט — אויך זיינע פּראָצענטן ניט, וואָס, אגב געזאָגט, האָט זיך עס די לעצטע יאָרן זעלטן־ווען געטראָפן, ווייל די גאַנצע צייט האָט דאָס געשעפט געהאַלטן אין איין שטייגן.

איצט אָבער האָט נחום געזאָגט: ניין, ס׳איז צייט אַוועקגיין. מעגלעך, אַז אויסער דער שלעכטער לאַגע אין געשעפט, האָט דאָ אויך אַ ביסל זיין כאַראַקטער צוגעשפּילט — דאָס, וואָס פון דער ערשטער מינוט, זינט ער איז אין ↰ 323 שטוב אָנגעקומען, איז ער געקומען מיט אַ מיטגעבראַכטער ירושה פון עפּעס אַ געוויסן שטאָלץ, וואָס די גאַנצע משפּחה זיינע האָט, ווייזט אויס, פון אייביק אָן געטראָגן אין בלוט, האָבנדיק צו טאָן מיט פּאָליאַקן, האַנדלענדיק מיט זיי און זיך פיל לערנענדיק פון זייערע מידות.

מע האָט דאָס גלייך געקענט זען אַפילו פון דער באָבע זיינער, פון דער באָבע קריינצי, וואָס איז געקומען אויף זיין חתונה סיי אַנדערש אָנגעטאָן, ווי אַלע ווייבער אין איר עלטער, סיי אין איר האַלטן זיך און אין איר שיין רעדן, ווען זי האָט אַלעמאָל אַ פּויליש וואָרט, אַ ווערטל אַריינגעשטעלט; סיי אין אַלץ — אַפילו אין צוקער־געבעקס, וואָס זי האָט פון איר קאַמענעץ מיטגעבראַכט: — עפּעס האַלב־ווייסע, האַלב־שוואַרצע טאָרטן, פריזישע מלכות־ברויטן מיט געצוקערטע פרוכטן א. אַ., סיי אין איר צוגיין פאַר דער חופּה צו דער כלה און איר אויספאַרריכטן אַ שטיקל צירונג נישט אויפן יידישן, גאָר פּריצישן מאַניר.

„די באָבע־פּשעפּראַשעם” — איז איר נאָך דער חתונה ביי משה מאַשבער אין שטוב אַ נאָמען פאַרבליבן. ס׳האָט זיך געפילט תערומות בנוגע דער אַלטער, וואָס זי האָט, גלייך פון דער פור אַראָפּקריכנדיק, געוואוסט זיך צו שטעלן בנוגע אירע מחותנים אַזוי, גלייך זיי דאַרפן זיך האַלטן גליקלעך, וואָס זי האָט אויף זייער ערד אַ פוס אַראָפּגעלאָזט, און, שוין אָנהייבנדיק פון דער באָבע קריינצי, ביז נחומס מאַמע, איר טאָכטער שיינצי, ביז נחומען אַליין, וואָס ער איז אָן אַ טאַטן געווען און איז געקומען נאָר מיט צוויי ווייבער צו דער חתונה — איז אַלע זיי דאַרף מען די טריט כמעט אָפּבלאָזן.

נחום האָט זיך פון דער ערשטער מינוט געהאַלטן אָפּגעזונדערט און אַן אויסגעטיילטער אין שטוב סיי מיטן עסן, וואָס ער האָט געגעסן ווייניק, ווייל ער האָט שוין פון דער היים אַ פיינעם מאָגן־קאַטאַר מיטגעבראַכט, סיי מיט דער הלבשה, סיי אַפילו מיט די פּאַפּיראָסן, וואָס ער האָט גערייכערט אַנדערע ווי אַלע — עפּעס מינים דאַמען־פּאַפּיראָסן, און נחמהקע, זיין ווייב, האָט זיי אים געמוזט אַליין אָנשטאָפּן, און ער האָט זיי גערייכערט גאָר ביז האַלב, און מיט דער אַנדערער האַלב פלעגט ער יעדעס מאָל צוגיין צום שפּיי־קעסטל, אויף זיי אָנשפּייען און זיי פאַרלעשן.

ער האָט זיך געהאַלטן אויסגענומען. מע האָט פאַר אים קיינמאָל ווי עפּעס ניט יוצא געווען — פאַר אַלעמען, דאָס ווייב, וועלכע ער האָט אָפט געמאַכט וויינען, און מע האָט געזען, אַז פון אים, פון זיינע אַלקערדיקע קאַפּריזן, וואָס זי, דאָס ווייב, טראָגט זיי קיינמאָל נישט אַרויס פאַר דער שטוב און פאַרבאַהאַלט זיי אַפילו פאַר אירע עלטערן, — אַז פון זיינע קאַפּריזן ווערן איר די באַקן אַמאָל בלאַס און „הלוואי, האָט מען געזאָגט, דער סוף זאָל איר זיין אַ גוטער, זי זאָל, חלילה, ניט אַריין אין קיין שלאַפקייט”, ווייל אָפט האָט מען ↰ 324 געזען, פלעגט זי שוין אַפילו אינמיטן זומער זיצן מיט אַ שאַל אויף די אַקסל: עפּעס האָט זי געפרעסטלט.

ער האָט ווייניק גערעדט און מער געבורטשעט. דער עיקר איז ער פאַרן ווייב יעדעס מאָל אַרויס מיט אַן אַנדער אומצופרידנקייט. אַמאָל אומצופרידן מיטן עסן, אַמאָל מיט אַן אַנדער זאַך, און הינטנאַרום האָט ער איר אויך אָפט וועגן זיין באַציאונג מיטן שווער, מיט איר פאָטער, משה מאַשבער, פירגעהאַלטן. אַמאָל נישט צופרידן מיט דעם, וואָס, ווי ס׳האָט אים געדאַכט, האָט אים יענער זיינע פייאיקייטן ניט אַזוי געשעצט, נישט געוואוסט, וועמען ער האָט ביי זיך און ווי אַזוי ער דאַרף אים טייער האַלטן; און אַן אַנדערשמאָל געבורטשעט, האַלטנדיק, אַז מע באַגייט אים אין געשעפט אַן עוולה, אַז די פּראָצענטן אין שותפות זיינען אים ווייניק, ווייל אַזאַ, ווי ער, ווען ער איז מיט אַן אַנדערן שותף, וואָלט אים יענער, אַזוי האָט ער געהאַלטן, געוויס אָפּגעגילט.

ער האָט דערום בכלל די גאַנצע צייט, זינט ער איז אָנגעקומען, געטראַכט, אַז דאָס בעסטע וואָלט געווען, ווען ער איז אַליין, ווען ער מאַכט אַליין געשעפט — דעמאָלט וואָלט ער זיך צעגאַנגען און גאָר אַנדערע מיני פליגל באַקומען. נישט האָבנדיק אָבער ביז אַהער קיין סיבה פאַר אָפּטיילן זיך, מחמת די געשעפטן האָב זיך די גאַנצע צייט געהאַלטן אין אַזאַ הויכן גראַד, וואָס מע האָט באַדאַרפט זיין דול אַוועקצואוואַרפן אַ זאַך אַ געזיכערטע און ערשט אָנהייבן גיין זוכן, אויסטראַכטן און אויסגעפינען אַ ניי געשעפט, וואָס, ווי אין יעדער נייעם, שטעקט דאָך אַ שטיק ריזיקע, — האָט ער דערום ביז אַהער זיך אויפגעהאַלטן, פאַר קיינעם זיינע האָנאָרעוואַטע געדאַנקען נישט אַרויסגעזאָגט, נאָר, ווי געזאָגט, פאַרן ווייב אַמאָל, אי דאָס הינטנאַרום, אי דאָס אויך זייער זעלטן.

איצט אָבער, ווען דאָס רעדל האָט זיך מיטאַמאָל פאַרהאַקט, איז נחום אַרויס מיט טענות. ס׳האָט אים אָנגעהויבן דאַכטן, אַז ס׳איז נישט זיין גורל, נאָר זיין שווערס: יענער איז שוין עלטער און, מעגלעך, זיין יאַריד שוין אָפּגעפאָרן, און ער, נחום, נאָך יונג, און ער איז פון יענעמס שלעכטן שליטוועגס נישט מחויב צו ליידן. איצט, האָט ער געטראַכט, איז די ריכטיקע צייט, ווען ער דאַרף זיך וואָס גיכער אַרויסכאַפּן און פון דער הייסער סכנה, כל־זמן ס׳איז נאָך צייט, מיט נישט קיין אָפּגעבריטן פוס אַרויס.

ער האָט, נאַטירלעך, אויך איצט נישט פאַרן שווער און נישט פאַר קיינעם אָפן דאָס נישט אַרויסגעבראַכט, ווייל אַזוי גראָב איז ער דאָך נישט געווען, ער זאָל אין אַזאַ צייט גאָר קומען וועגן אַזוינס צו רעדן. מ׳וואָלט דאָך אים אָנגעקוקט, ווי אַן אויסוואורף. אַזוי, אַז פאַר קיינעם טאַקע נישט, גאָר פאַרן ווייב, פאַר נחמהקען, וואָס איז שוין די לעצטע צייט, בפרט איצט אום האַרבסט, בפרט נאָך די לעצטע צייט, ווען דאָס האַרץ האָט זיך איר שטאַרק געשראָקן פאַר איר פאָטער און מוטער, צוזעענדיק, אַז עפּעס אין איר פאָטערס גליק ברעכט זיך, — איצט, ווען זי איז שוין גאָר אָפט אין אַ וואַרעמער שאַל געזעסן ↰ 325 און זיך אָפט געקוטעט, איז נחום, איינמאָל אַן אויפדערנאַכט, מיט איר אַליין אין זייער אַלקער פאַרבלייבנדיק, מיט זיינע טענות און פאַרבאַהאַלטענע מיינען אַרויס. ער האָט געוואוסט, אַז זי וועט קיינעם נישט זאָגן, קיינעם נישט דערציילן, אַפילו ניט דער מוטער. אין ערגסטן פאַל וועט זי שטילערהייט, אין דער שאַל זיצנדיק, לאָזן אַ טרער, אָבער דערפאַר האָט ער זיך נישט אָפּגעשטעלט, און דאָס האָט אים, ווייזט אויס, ווייניק געקימערט.

ער האָט געטענהט:

— יעדער דאַרף זען זיין תכלית. טאַטע־מאַמע — טאַקע גוט און וואויל, אָבער זיי, נחום און נחמהקע, זיינען שוין אויך טאַטע־מאַמע, האָבן שוין אויך קינדער און דאַרפן זיי באַזאָרגן. ביי איר טאַטן האַלט שלעכט. ס׳זאָגט אים עס נאָך דערווייל קיינער, מע שאַנעוועט אים. פאַר נחומען אָבער שעמט מען זיך ניט, און מע דאַרף זען, מיט וואָס פאַראַ גליקן ס׳באַגעגענען אָדער ס׳באַגלייטן אים אַמאָל אַ צאַלי דערבאַרעמדיקער, בשעת ער, איר טאַטע, קומט צו גיין אין קאָנטאָר אָדער גייט אַוועק פון דאָרט.

— זי דאַרף וויסן, אַז יענע, אָט די שלום שמאַריאָנס און די צאַלי דערבאַרעמדיקערס א. אַ. זייער גלייכן פּאַרשוינען ווייסן אַמאָל בעסער די באַלאַנסן פון די, מיט וועלכע זיי מאַכן געשעפטן, — אַ סך מער ווי אַליין די אייגנטימער פון די געשעפטן. ס׳אַ כלל: וויל מען וויסן, ווי עמעצער פון די סוחרים האַלט, אַזוי דאַרף מען אַ קוק טאָן אויף אַ שמאַריאָנען און אויף אַ צאַלין, זען ווי אַזוי זיי האַלטן זיך מיט אים, מיטן סוחר, אין פּנים און הינטער די אויגן. דאָס איז שוין די ריכטיקסטע און זיכערסטע מאָס. און פון איר, נחמהקעס, טאַטן האַלטן זיי זיך שוין ביי אָפּקערעווען. און אַזוי ווי זיי האָבן אים פריער געדינט געטריי, ווי די הינט, אַזוי זעען זיי איצט נאָר זייערע נוצן: ערשטנס, זיי זאָלן אַליין ניט געשעדיקט ווערן, ד. ה. אויב זיי שטעקן מיט אייגן געלט — זען, וואָס גיכער מיט דעם אַרויס; און אויך אַפילו די נאַרייעטע געלטן, ד. ה. אַזאַ געלט, וואָס דורך זייער פאַרמיטלונג איז דאָס איר טאַטן געליען געוואָרן — זען אויך יענע אַנטלייער אַרויסראַטעווען, זיי אין קודם האַלטן און זיי עצהנען, אַז ביי די ערשטע מעגלעכקייטן, ביים ערשטן אויסגעגאַנגענעם וועקסל־טערמין זאָל זיי זיך מיט זייערע געלטן אַרויסרוקן.

— מיט איינעם וואָרט, זיי היטן איצט די נשמה פון געשעפט. ס׳איז רעכט היינט, ס׳איז רעכט מאָרגן, איז אויב די לאַגע וועט זיך נישט בעסערן, זאָלן זיי שוין די ערשטע דעם שלעכטן שם אַרויסלאָזן, און דעמאָלט וועט אין אַ שיינעם טאָג די קאָנטאָר באַפאַלן ווערן פון די בעל־חובות, ווי פון בינען: מע וועט רייסן פון די הענט, מע וועט רייסן ביי די פּאָלעס, מע וועט זידלען, שעלטן, ווי ס׳געשעט אין אַזוינע פאַלן.

— אַזוי איז די לאַגע. קלאָר, אַז אין אַ שיינעם טאָג קאָן דאָ ליגן דער דאַך אויפן קאָפּ. קלאָר, אַז דאָ קאָן זיך מיטאַמאָל אַזוי אַלץ פאַרדרייען, אַז ↰ 326 מע זאָל ניט וויסן, וואו מיינס, וואו דיינס, און ווער ס׳וועט דאָ שטעקן אינמיטן, מוז ניזוק ווערן.

— איז וואָס וויל ער און אַנטקעגן וואָס זאָגט ער דאָס? — ער זאָגט עס אַנטקעגן דעם, וואָס ער איז אינמיטן, אַנטקעגן דעה — וואָס נישט מיר, נישט דיר און פאַר קיינעמס זינד קאָן אויך ער אַריינגעצויגן ווערן, און זיין גאַנצע ביזאַהעריקע האָרעוואַניע זאָל דאָ ביז אַ מינדסט פאַרלוירן גיין.

נחום, בשעת ער האָט דאָס אַלץ פאַרן ווייב אויסגעלייגט, איז אומגעגאַנגען אין אַלקער הין און צוריק און פון וואַנט צו וואַנט געשפּאַנט, דערביי האָט ער אָפט גערייכערט. נחמהקע דערביי איז קרענקלעך אין שאַל איינגעהילט געזעסן, זי האָט אים אָפט נאָכגעקוקט בעתן אומגיין, געשוויגן, און גאָר די באַקן האָבן זיך איר געבלאַסט. זי האָט געוואַרט, אָבער דאָס האַרץ האָט איר שוין פאָרויסגעזאָגט, וואוהין ער, איר מאַן, צילט, ווייל איידער ער האָט דאָס נאָך געזאָגט, איז דאָס אים שוין ווי אויף די ליפּן געווען צו זען: זיך אָפּטיילן.

„אָפּטיילן!” זי, ווי איר עלטערע שוועסטער, ווי איר פאָטער און מוטער, ווי אַלע ביז אַהער אין שטוב, האָבן קיינמאָל אַזוינס גאָר אויפן געדאַנק ניט געקאָנט דערלאָזן. ערשטנס דערפאַר, ווייל ביז אַהער איז די נויט אין דעם ניט געווען; צווייטנס — איצט, ווען די נויט אפשר יאָ, איז ווי קאָן דאָס געמאָלט זיין: — אין אַ שטוב, וואו אַלץ איז איינס, אַלעמענס אייגנס — איין קאַסע, איין לופט, איין אָטעם, און וואו ביז אַהער איז קיינמאָל ניט געווען אָפּצוטיילן איינעמס אינטערעסן פונעם אַנדערנס מיט גאָרניט, ווי אין גרויסיקייטן, אַזוי אין קלייניקייטן, — אין אַ שטוב, וואו אַלץ, אַפילו די קינדער פון די פאַרשיידענע עלטערן, האָבן אויסגעזען, ווי בשותפות, — וואו מיינס און דיינס איז כמעט קיינמאָל ניט געווען צו הערן — איז ווי נעמט מען עס פּלוצים, בפרט אין אַ מאָמענט, ווען דער פאָטער איז אַזוי געענגט, אַזוינס גאָר אויף דער מחשבה?

נחום האָט זיך געדרייט, ווי ער איז ניט קיין אייגענער אין שטוב, ד. ה. ווי ניט קיין קינד, נאָר ניט מער ווי אַן איידעם, אָבער דאָך איז אים די זאַך פּריקרע געווען, ניט נאָר אַפילו פאַר זיין שווער און שוויגער, נאָר אַפילו פאַרן אייגענעם ווייב פּריקרע דאָס אַרויסצוזאָגן. דאָך האָט ער דאָס געזאָגט, דאָס וואָרט: זיך אָפּטיילן.

לאַנג האָט שוין דאָ נחמהקע דעם געשפּרעך נישט געקאָנט אויסהערן. זי האָט זיך אויפגעהויבן פון אָרט, וואו זי איז ביז אַהער געזעסן, און נחום האָט געזען, אַז זי וויינט. ער האָט זי געשאַנעוועט און שוין אין יענעם אויפדערנאַכט וועגן יענעם ענין מער ניט פאָרגעזעצט, אָבער וואָס אַ טאָג האָט זיך אין אים אַלץ מער דער געדאַנק געשטאַרקט, וואָס אַ טאָג האָט ער אַלץ מער ראיות אַריינבאַקומען, אַז אין געשעפט איז צרות, און אַז, אין איינעם אַ טאָג קאָן זיך דאָ אַלץ איבערקערן. ער אַליין האָט אָבער קיין מוט ניט געהאַט וועגן דעם ↰ 327 מיטן שווער, מיט משה מאַשבער, אין אַן ערנסטן געשפּרעך זיך אַריינלאָזן, און ער האָט דערום איינמאָל אין אַ בריוו צו זיך אַהיים וועגן דעם אָנגעשריבן.

ער פלעגט אָפט שרייבן. ער האָט די גאַנצע צייט מיט זיין היים פאַרבינדונג געהאַלטן, און אויך נאָך איצט, ווי יינגלווייז, געהאַלטן די באָבע קריינצי און די מאַמע שיינצי פאַר חכמות, וואָס אין אַן ענגער צייט מעג ער זיך נאָך פילן ווי אַ קינד און צו זיי זיך נאָך אַן עצה ווענדן.

ער האָט געלאָזט פאַלן אין בריוו, צווישן אַנדערן, אַזאַ פּאָר ווערטער, וואָס ער האָט געוואוסט, אַז זיי וועלן אויפרייסן: מע וועט דאָרט פאַרשטיין, אַז כאָטש נחום שוין אַ גרויסער, שוין גענוג זעלבשטענדיק, דאָך שאַדט ניט, באַזונדערס אין שווערע צייטן, אים אַמאָל אַ האַנט דערלאַנגען, בפרט ווען ער ווענדט זיך.

„לאמי זקנתי ולאמי הורתי היקרות (1), האָט ער געשריבן, תודה לאל (2), מיר זיינען אַלע, ברוך השם, בקו החיים (3), נאָר נחמהקע תחיה (4) פילט זיך פון צייט צו צייט ניט איבעריק, קוטעט זיך אין שאַלן, ווייל ס׳איז איר עפּעס באַשטענדיק קאַלט. זי זעט טאַקע אויס ניט גוט אויך. די געשעפטן ביים שווער בזמן האחרון (5) — נישט געהויבן. ער איז פאַרדרייט. דערצו נאָך האָט געטראָפן אַ מעשה מיט פּריצים, וואָס ס׳שמעקט מיט אַ שטיק בלבול. ער, דער שווער, האָט צו דעם קיין שייכות, פילט זיך אין גאָרניט, נאָר מיט וואָס ס׳קאָן זיך ענדיקן, ווייסט מען ניט. וואָס געהער אים אַליין, זיינע אייגענע געשעפטן, הייסט עס, איז ער דאָך אָפּהענגיק פונעם שווער, מיט אים געבונדן, ווייל שותפות, און וואָס ס׳טרעפט איינעם, מוז דאָ טרעפן אַ צווייטן, און ס׳איז געמאָלט, אַז מע זאָל אַמאָל ליידן פון פרעמדע גורלות. מע זאָל אים דאָ ניט שלעכט פאַרשטיין: צום בלבול האָט ער, נחום, קיין שום שייכות ניט, נאָר צו די שלעכטע געשעפטן — יאָ. מ׳קאָן דאָ ניט וויסן מה יולד יום — וואָס דער מאָרגעדיקער טאָג וועט ברענגען. ער וואָלט זיך באַדאַרפט מיט עמעצן אויסעצהן, נאָר ער האָט ניט מיט וועמען. נחמהקע איז ניט דער מענטש, און דער שווער אַליין איז אַ שטאַרקער נוגע בדבר (6). ער, נחום, וואָלט דאָ, געוואָלט מאַכן אַ טריט אָנעם שווער, ער וואָלט געוואָלט פונעם עסק ביש (7) אַ פוס אַרויסשטעלן, נאָר ווי מאַכט מען דאָס? מע וואָלט דאָ אפשר באַדאַרפט ↰ 328 הילף פון אַ זייטיקן. ודי לחכימא ברמיזא — ס׳איז גענוג אַ קלוגן אַ וואונק” — האָט דאָ נחום דעם בריוו־שרייבן פאַרענדיקט מיט אַזאַ שטיקל נוסח, ווי מע שרייבט נאָר צו מאַנצבילן־למדנים אין געוויסע ענינים, ווען מע וויל, אַז יענע זאָלן זיך עפּעס אָנשטויסן.

(1) צו מיין טייערער באָבע און מאַמע.

(2) גאָט צו דאַנקען.

(3) געזונט.

(4) זאָל לעבן.

(5) די לעצטע צייט.

(6) פאַראינטערעסירטער.

(7) שלעכטן געעשפט.

די פאַרשטעלטע וואונקן האָבן די באָבע קריינצי און די מאַמע שיינצי אינעם ווייטן קאַמענעץ טאַקע קלוג געמאַכט און זיי געגעבן אָנצוהערן, אַז ביי נחומען דאָרט, אין N, געשעט עפּעס אַזוינס, וואָס ס׳וואָלט אַ יושר געווען זיך אַריינמישן.

ס׳איז ניט אַוועק קיין סך צייט און אין איינעם אַ טאָג האָט זיך טאַקע די באָבע קריינצי קיין N צוגעשטעלט. זי איז געפאָרן פריער מיט אַ פור, דערנאָך מיט דער באַן, און צום שטוב איז זי צוגעפאָרן מיט אַ שטאָטישן פורמאַן מיט גלעקער, און פון אַלע אירע נסיעות האָט זי אין שטוב אַריינגעבראַכט שוין גאָר גאָר אַ זקנה, אָבער נאָך מיט אַ קלוגן קאָפּ און מיט אויגן, וואָס זעען נאָך, וואָס אין אַ טיף באַהעלטעניש איז פאַרשטעקט.

זי האָט זיך אין שטוב אַרומגעקוקט, און נאָך אַ קורצער אונטערהאַלטונג מיט איר נחומען אויף אַ קליינער וויילע, האָט זי שוין אַלץ געוואוסט, וואָס דאָ טוט זיך, געוואוסט, וואָס דאָ קומט פאָר, און מיט איר קלוגן פּראַקטישן קאָפּ אויך פאַרשטאַנען, וואָס פירצונעמען.

זי האָט דעם זעלבן אויפדערנאַכט צוערשט מיט נחמהקען דעם נייטיקן געשפּרעך געהאַט. זי האָט געוואָלט, פאַר אַלעמען, צוגרייטן נחמהקען און זי אויף איר זייט האָבן. זי איז צוגעגאַנגען צום ענין זייער פאָרזיכטיק, זי האָט געוואוסט, אַז יעדעס קינד טוט דאָך וויי פאַרן טאַטן, ווען ס׳געשעט אים שלעכטס, אַפילו נאָר דורך פרעמדע, בפרט דאָ — זען דעם טאַטן פון זיין גדולה אַראָפּנידערן און נאָך אַליין זיין דערצו אַ שטיק גורם: וואָס הייסט, נחום און נחמהקע זאָלן וועגן טאַטן אַזוינס גאָר קאָנען טראַכטן?

— יאָ, טאַקע גערעכט. פון דער אַנדערער זייט אָבער, — האָט די באָבע קריינצי גענומען טענהן, — באַנעמט ניט נחמהקע, אין וואָס דאָ גייט. פאַרקערט, ס׳גייט גאָר אין איר טאַטנס טובה. ער איז ניט דער ערשטער, אויך ניט דער לעצטער, אויף דער וועלט געשעט אַזוינס, און יעדעס מאָל דאַרף מען זיך זען באַוואָרענען. ס׳קאָן גאָר זיין, אַז מע דאַרף דאָ נאָר אַ שלעכט שטיקל צייט איבערוואַרטן. און אויב אַזוי, איז דאָך גלייכער, אַז אָנשטאָט דעם, וואָס ווען ס׳ווערט ענג אין געשעפט, און בעל־חובות טרעטן צו און ס׳טרעפט אַמאָל, אַז ס׳איז ניטאָ צו באַצאָלן, — איז אָנשטאָט דעם, אַז אַלע שותפים זאָלן מיטאַמאָל חרוב ווערן — טוט מען אַמאָל אַזוי, אַז מע לאָזט איינעם פריער אַרויס פונעם געשעפט, מע גיט אים איבער אַלץ, וואָס ס׳לאָזט זיך, מע שרייבט אַלץ איבער אויף זיין נאָמען, און דערנאָך, אַז די שלעכטע צייט גייט איבער, אַז מע צעצאָלט זיך, אָדער אַז מע צעצאָלט זיך אַפילו ניט, ↰ 329 נאָר מע פאַרענדיקט מיט בעלי־חובות אויף קליינע פּראָצענטן, קערט מען זיך צוריק אום צו יענעם, וועמען מע האָט אים אין דער ענגער צייט פאַרטרויט, און מע קאָן זיך ווייטעראַמאָל די הענט צעפירן, מע קאָן ווייטער אַלץ צוריק אויפשטעלן.

— מיט אַ פרעמדן שותף איז דאָס ניט אַזוי גרינג דורכצופירן, ווייל מיט אַ פרעמדן דאַרף מען זיך שטאַרק באַוואָרענען, אָבער מיט אַן אייגן קינד, ווי אין דעם פאַל מיט איר, מיט נחמהקען און מיט נחומען, איז וואָס קאָן מען זיך דען ווינטשן בעסערס?

— זי מיינט, די באָבע קריינצי, אדרבה; זי מיינט, אַז אויב נחמהקע איז טאַקע באמת געטריי איר טאַטן, וואָלט זי גאָר אַליין דאָס באַדאַרפט וועלן. וואָרעם לאָמיר רעדן, — האָט זי געזאָגט, — אין ערגסטן פאַל: אויב אַפילו דעם טאַטן וועט זיך, חלילה, ניט איינגעבן דערנאָך זיך שטעלן אויף די פיס, איז וואָלט דען בעסער געווען, אַז צוזאַמען מיט אים זאָלן אויך די קינדער גיין צו גרונט? בפרט, אַז ס׳האַלט גאָר ניט דערביי, די געשעפטן זיינען נאָך גאָר ניט אַזוי שלעכט, ס׳איז נאָר דאָס יאָר אַ שלעכטס, און מע דאַרף זען זיך איבערדרייען, אויך די מעשה מיט די פּריצים וועט ווערן אויס.

— מע דאַרף ניט וויינען. אדרבה: זי אַליין, — נחמהקע, הייסט עס, דאַרף זען, אויף ווי ווייט זי קאָן, נחומען דאָ אונטערהאַלטן, און אויב ס׳וועט דערפון זיין אַ רייד — זאָל זי דעם טאַטן פאַרגרינגערן דאָס האַרץ און אים געבן צו פאַרשטיין, אַז ס׳איז ניט קיין גוואַלד, אַז אַזוינע זאַכן זיינען שוין נישט איין מאָל געשען, און גאָרניט: סוחרים בלייבן סוחרים, און מע דרייט זיך איבער.

אַזוי האָט די באָבע קריינצי געטענהט מיט איר אייניקל, דער שנור, און זי, נחמהקע, ווי אַ ווייניק־דערפאַרענע און ווי אַזאַ, וואָס האָט צו געשעפט קיינמאָל קיין שייכות נישט געהאַט און האָט ווייניק־וואָס אין דעם פאַרשטאַנען — האָט זיך געלאָזט איבעררעדן. כאָטש אויפן האַרצן איר שווער, אָבער קיינע דערווידערונגען און קיינע טענות אויף אָפּצואווענדן די באָבע קריינצי האָט זי ניט געהאַט אַרויסצושטעלן.

די באָבע קריינצי האָט דערנאָך שוין מער נישט גערעדט דערפון, ניט מיט גיטעלען און אויך ניט מיט איר עלטערער טאָכטער, מיט יהודיתן, ווי זי האָט אפשר פריער יאָ בדעה געהאַט, נאָר זי האָט זיך גלייך צו משהן, צו איר נחומס שווער, געווענדט:

— מחותן, — האָט זי אים אין אַן אויפדערנאַכט שפּעטער נאָך איר קומען אַ זאָג געטאָן אים אָפּרופנדיק אין אַ ווינקל, — מחותן, כ׳האָב אייך עפּעס צו זאָגן. כ׳וואָלט געוואָלט מיט אייך עפּעס איבעררעדן, גאָר אויף פיר אויגן.

דער געשפּרעך איז דאָס מאָל פאָרגעקומען אין זאַל, וואו יעדעס מאָל נעמט מען אויף אַ גאַסט אַ חשוב, און וואו ביידע מיטשפּרעכער, משה און די ↰ 330 באָבע קריינצי, האָבן, ווי נאָר זיי זיינען אַהין אַריינגעקומען, צוויי פאָטעלן פאַרנומען, איינס אַנטקעגן אַנדערן.

די באָבע קריינצי האָט דאָס מאָל, צום געשפּרעך צוטרעטנדיק, זיך פיל מער געמוזט באַוואָפענען, ווי צום געשפּרעך מיט נחמהקען, ווייל דאָ האָט זי דאָך געהאַט פאַר זיך דעם, וואָס איז אי דער אייגנטימער, אי דער מערסט־באַהאַוונטער אין דעם ענין, אויך דער מער פאַראינטערעסירטער און דער מער ליידנדיקער. זי האָט זיך דערום טאַקע דאָ היפּש געגרייט און היפּשע מינוטן משהן מיט זייטיקע שמועסן פאַרנומען, כדי נישט, אַרויספאָרן מיטאַמאָל מיט אַזוינס, וואָס קאָן פּלעטן.

— מחותן, — האָט זי אָבער לסוף געזאָגט, צוטרעטנדיק צום אייגנטלעכן ענין, — אוודאי פרעגט איר ביי מיר קיין עצות ניט, אַוודאי דאַרפט איר ניט פרעגן; איר האָט, ברוך־השם, אייער אייגענעם קאָפּ אויף די פּלייצעס: נאָר פאָרט, ווי אַן אייגענע, וואָלט איך אייך געוואָלט עפּעס זאָגן, און אייגנטלעך, צוליב דעם בין איך איצט אַראָפּגעקומען. די נסיעה איז געווען אַ שווערע, און ס׳זיינען שוין אויך נישט די יאָרן... נאָר פון נחומס אַ בריוו האָבן מיר, איך מיט מיין טאָכטער, מיט אייער מחותנתטע, פאַרשטאַנען, אַז עפּעס דערזאָגט ער ניט. האָבן מיר באַשלאָסן אַראָפּפאָרן און אַ קוק טאָן. אגב, האָבן מיר זיך שוין טאַקע געוואָלט זען מיט נחמהקען און מיט די אייניקלעך אויך, און דאָ האָב איך זיך דערוואוסט... ס׳איז מיר שווער אייך פירצוהאַלטן, נאָר איך האַלט, אַז איר, מחותן, — אַ מענטש מיט אַזויפיל פאַרשטאַנד, און, ווי מע זאָגט, דאַרף זיך די וועלט ביי אייך לערנען, — אַז איר דאַרפט דאָ אַן ערנסטן טראַכט טאָן, — ערשטנס, מכוח זיך אַליין, און צווייטנס, וועגן די קינדער.

— ס׳איז קלאָר, מחותן, קיין איבעריקע גוט־פריינט זיינען ביי קיינעם ניטאָ, בפרט ביי גרויסע סוחרים עשירים, ווי איר, מחותן, זאָלט לעבן. מע פאַרגינט ניט און מע וויל איינשלינגען. ס׳איז רעכט, אַז אייער איצטיק פאַרדרייעניש איז אין דער אמתן גאָר ניט אַזוי געפערלעך, ווי געפערלעך ס׳קאָן ווערן, ווען שלעטכע מענטשן וועלן דאָס נאָר וועלן. ביי אונדז, סוחרים, איז דאָך דער עיקר דער נאָמען: נישט דער נאָמען, איז אויס: אויס מענטש, אויס קרעדיט, אויס אַלץ. און אין איינעם אַ טאָג קאָן מיט יעדערן פון אונדז געשען דאָס, וואָס איר ווייסט אַליין: בעלי־חובות לויפן זיך אָן, די אייגענע חובות ווערן פאַרפאַלן, מע ווערט דערוואַרגן און מע קאָן פון פאַרשלייפטן שטריק נישט אַרויס. מע דאַרף דערום זען עפּעס טאָן באַצייטנס. איר האָט, ברוך־השם, געטרייע קינדער, און מיט זייער הילף לאָזט זיך דאָ פיל אויפטאָן. ווי אַזוי: — פאַרשפּאָר איך אייך זאָגן. קלאָר, אַז אַלץ פון פאַרמעגן, וואָס בעלי־חובות קאָנען זיך דערויף אַרויפוואַרפן, דאַרף באַצייטנס איבערגעגעבן ווערן אין אַזוינע הענט, וואוהין קיין פרעמדע זאָלן ניט דערלאַנגען; אַלץ, וואָס לאָזט זיך, דאַרף אַריבערגעפירט ווערן אויף געטרייע קינדערס נעמען, — ↰ 331 כלומרשט, איר טרעט זיי אָפּ, טרעט זיי איבער. זיי הייבן אָן אַרבעטן באַזונדער, און איר אַליין דערווייטערט זיך אויף דערווייל. דאָס געשעפט מיטן נאַפט, למשל, גיט איר איבער אייער עלטערן איידעם, יאַנקעלע גראָדשטיין, די האַנדלס־שיין ווערט גענומען אויף זיין נאָמען; די קאָנטאָר — נחומען, די דירה קאָן איבערגעשריבן ווערן אויף אייער ווייבס נאָמען, אויף דער מחותנתטעס, הייסט עס, און צירונג און געלט־מזומן קאָנען אין אַנדערע זיכערע הענט אַריינגעלייגט ווערן אויף ביז אַ צייט.

— פאַרשטייט זיך, אַז דאָס אַלץ איז אויף דעם פאַל, ווען ס׳האַלט שוין טאַקע ביי דער נויט. ווען מע דאַרף זיך שוין טאַקע, חלילה, „שטעלן”.

— ס׳איז אַוודאי דאָס שווער צו הערן. ווער ווייסט דען ניט, אַז אַ מענטש, בפרט אַזאַ, ווי אייך, מחותן, איז דער נאָמען טייערער, ווי אַלץ, אַז אַפילו איין מאָל נאָר צו דערהערן דאָס שלעכטע וואָרט וועגן זיך, איז זאָל מען טאַקע באַהיט ווערן; אָבער פון אייגענער פּראַקטיק קאָן איך אייך זאָגן (און פּראַקטיק, ווי באַוואוסט, מעג מען זיך לערנען אַפילו ביי אַ יידענע), פון אייגענער פּראַקטיק קאָן איך אייך זאָגן, אַז מע האָט דאָס געזען שוין אַמאָל, ניט היינט געדאַכט, אויך ביי זיך, ביים אייגענעם מאַן, אויך ביי אַנדערע. אָבער דער עיקר, אַזוי ווי דער מיין איז געווען ניט, חלילה, יענעם צו באַראַבעווען, נאָר אין אַן ענגער צייט אויפן וואַסער זיך איבערהאַלטן, איז גאָרנישט: איז געשען, וואָס געשען, אָבער ס׳איז איבערגעגאַנגען, די וועלט איז, חלילה, ניט חרוב געוואָרן, און מיר זיינען געבליבן מיר, און דער אייבערשטער אַליין איז אויך געוויס אַזוינע זאַכן מוחל.

— איך זע, מחותן, אַז איר קוקט מיך אָן, איר פאַרשטייט ניט, ווי איך האָב אַזוינס גאָר געקאָנט ברענגען פאַרן מויל, און בכלל, וואָס איך נעם זיך די רעכט צו זאָגן מיין וואָרט אין אַזוינע ענינים, אין וועלכע איר וואָלט ניט דערלאָזט אַפילו אייער אייגן ווייב זאָל זיך מישן. איך זע, איר ווילט מיך פרעגן: ווער האָט געשיקט נאָך מיר, און ווער האָט מיר בכלל דערלויבט אייך צו געבן עצות, בפרט ,אַזאַ, וואָס אַפילו אייער ערגסטער שונא וואָלט, ווי אייך דוכט, אייך ניט געגעבן.

— ס׳אַוודאי ניט אָנגענעם, — ניט נאָר פאַר דעם, וואָס דאַרף עס הערן, נאָר אַפילו דעם, וואָס דאַרף דאָס זאָגן, בפרט אַן אייגענעם. אָבער צוריק גערעדט, טאַקע ווייל אַן אייגענער, טאַקע ווייל געטריי, מוז מען דאָס אַמאָל טאָן און נעמען אויף זיך, עלעהיי איינגעבן: ביטערן רעצעפּט אַ חולה. און מיר מיט אייך, מחותן, זיינען דאָך עפּעס אייגענע. פאַרגעסט ניט, מחותן, אַז מיר מיינען דאָ נישט מער, ווי נאָר אייערע און אונדזערע קינדערס טובה. אַזוי, אַז שלעכטס אויף די שונאים, און מיך קאָנט איר דאָ אין גאָרנישט ניט חושד זיין, אויסער נאָר אין דעם, וואָס איך ווייס, אַז אין אַזוינע פאַלן איז דער אייגנטימער אַליין כמעט קיין צד ניט: ער איז בלינד. ער מיינט יעדעס מאָל ↰ 332 נאָר צו ראַטעווען זיין כבוד, זיין נאָמען, זיין האָנאָר, און זיינע אייגענע זיינען דעמאָלט מחויב אים אַרויפפירן אויפן ריכטיקן וועג און אים דערווייזן, אַז אויף כבוד דאַרף מען אַמאָל מוחל זיין, דעם האָנאָר פאַרבויגן און טראַכטן דער עיקר וועגן עיקר, און אַז דער עיקר איז דאָ, איז שוין אַלץ דאָ, איז אַלעס איבעריקע קומט שוין ממילא — אי דער כבוד, אי דער נאָמען, אי דער האָנאָר, אַלץ ווערט דערנאָך צוריק אויפגעשטעלט און קיינער געדענקט ניט דעם נעכטיקן אומכבוד, ווי מע געדענקט ניט דעם נעכטיקן טאָג. אַזוי, אַז, מחותן, הערט מיך און פאָלגט אַן עלטערע, ווייל כ׳מיין דאָ, חלילה, ניט קיין בייז, נאָר אונדזער אַלעמענס און אונדזערע קינדערס מאָרגעדיקן גוטן טאָג.

משה מאַשבער האָט, אויסהערנדיק די לאַנגע רעדע פון דער באָבע קריינצי, געשוויגן. ער האָט פון צייט צו צייט אויף איר עפּעס ווי יאָ געקוקט און נישט געקוקט. מע האָט בשום־אופן ניט געקאָנט אַרויסזען, וואָס פאַר אַן ענטפער אַזאַ־אָ רעדע וועט ביי אים אַרויסרופן, ווייל געטראָפן האָט זי אים שווער, און דער ענטפער האָט דאָ געקאָנט זיין פאַרשיידן: אָדער מיט אויפגעהאַלטענעם כעס, געדענקענדיק, ווער ס׳זיצט פאַר אים, זי גאָר אַ קאַלטן פרעג טאָן: „טאַקע, באמת, ווער האָט זי געבעטן און ווער האָט געשיקט נאָך איר?” אָדער ערגער: ער האָט זיך געקאָנט אָנצינדן און אַזוי אויפגעקאָכט ווערן, אַזוי ווי בנוגע סרולין, למשל, אַמאָל, ווען יענער האָט אים שטאַרק אָנגעטראָטן און אים פון די כלים אַרויסגעבראַכט, זאָל אין ווילדן צאָרן אַריינקומען און שוין נישט וויסן, ווי ער האַלט און וואָס ער רעדט, אויך איצט, ווי דעמאָלט, אויסער זיך און אויסער כמעט באַוואוסטזיין, אויסשרייען: „אַרויס פון מיין שטוב!” אַלץ איז דאָ געווען מעגלעך: אַ מענטש איז דאָך מער ניט, ווי אַ מענטש, בפרט אַז מע קומט באַהאַנדלען זיין גורל, נישט אָנפרעגנדיק זיך ביי אים, ווי ביי אַ חולה מסוכן, וועלכן ס׳איז שוין אַלצאיינס, אַפילו זיין אייגענע סכנה. אַזוי, אַז ס׳האָט געקאָנט זיין אי אַזאַ, אי אַזאַ ענטפער. משה האָט אָבער גאָרנישט ניט געענטפערט. ער האָט נאָר אויסגעזען, ווי אַ מענטש, וואָס האָט אים עפּעס מיטאַמאָל געטראָפן אַ שווערע זאַך אין קאָפּ, ווען דער דערשרעק און די געפּלעפטקייט איז אַזוי גרויס, אַז דער גרעסטער געשריי אין האַלדז איז צו קליין דאָס אויסצושרייען און דעם ווייטיק אַרויסברענגען. ער האָט, שווייגנדיק, ווי כמעט די באָבע קריינצי נישט באַמערקט, און דערום ווי נישט מחויב געווען פאַר איר יוצא צו זיין און איר וואָס־ניט־איז אָפּצוענטפערן, און אויב ער האָט עפּעס יאָ געזאָגט, איז דאָס געווען ווי נאָר צו זיך אַליין, אי דאָס אויך, דאַכט זיך, האָבן די אויערן נישט געהערט, וואָס זיינע ליפּן האָבן געשעפּטשעט.

— אַך, אַזוי — האָט ער שטיל צו זיך אַליין געזאָגט, — איז, הייסט עס, האַלט עס שוין ביי עצות, און קיין נאָענטערע זיינען שוין נישט געווען, און מע האָט שוין געמוזט אויסשרייבן פון דער פרעמד, ווי אַ שטאָטישן דאָקטאָר צו אַ חולה אַן אַרענדאַר... אַזוי, איז איידער, הייסט עס ,נאָך פרעמדע האָבן ↰ 333 זיך דערצו דערטראַכט, זיינען שוין אייגענע קינדער אויפן געדאַנק געפאַלן. נאַ!... — האָט משה דאָ עפּעס אַ מין האַלב־געדעמפטן זאָג געטאָן, זיך פון פאָטעל אויפגעהויבן און ווידער, נישט באַמערקנדיק די באָבע קריינצי, נישט געפונען פאַר נייטיק אַרויסצואווייזן אַפילו קיין מינדסטע ביסל אָנשטענדיקייט און דרך־ארץ בנוגע איר כאָטש אַפילו איין וואָרט איר צו זאָגן, און אַפילו ניט קיין גוטע־נאַכט צום געזעגענען. ניין. ער האָט זיך אויפגעהויבן און מיט די אויבן געזאָגטע פּאָר ווערטער פאַר זיך, ווי אויך שוין פאַר איר יוצא געווען און, — ענדע.

געוויס טוט מען ניט אַזוי, געוויס איז פון אַזאַ מענטש, ווי משה, אַזוינס ניט געווען צו וואַרטן. פון דער אַנדערער זייט אָבער, זאָל זיך אַן אַנדערער אין זיין לאַגע שטעלן און זאָל ער, מעגלעך, פּרואוון האַנדלען אַנדערש.

הקיצור, אָט אַן ערך מיט דעם איז משה מאַשבער דעמאָלט פון זאַל אַרויס. מעגלעך אפשר ניט אַקוראַט אַזוי, אָבער מיר זאָגן דאָך „אַן ערן”, ווייל ווען אַפילו אויך אַ ביסל אַנדערש, איז דאָס שוין אויך נישט איבעריק וויכטיק, אַבי די באָבע קריינצי איז געבליבן פאַרשעמט, ד. ה. ביי גאָרנישט, און אַבי נאָר מיט דעם האָט זיך איר שליחות געענדיקט ,ד. ה. ווייטער מיט גאָרנישט.

זי האָט זיך שוין לאַנג נאָכן געשפּרעך אין N נישט פאַרהאַלטן. זי האָט אַהיים געאיילט. פאַרן פאָרן נאָר האָט זי נחומען אין אַ זייט אָפּגערופן און געזאָגט:

— איך, קינד, האָב געטאָן, וואָס געקאָנט, וואָס עלטערן טוען אין אַזוינע פאַלן: בין געקומען, האָב גערעדט, געזאָגט, וואָס געזאָגט, נישט געפּועלט. מיר האָט ער נישט געענטפערט, אָבער ס׳מאַכט נישט אויס: אין טיר איז שוין אָנגעקלאַפּט, און אין דער ריכטיקער צייט וועט ער זיך אָפּרופן. ער איז איצט דערשלאָגן, מער קאָן מען נישט. און מיטן איבעריקן פאַרלאָז איך זיך שוין אויף דיר, אַז אין נייטיקן מאָמענט וועסטו אונטערקומען מיטן נייטיקן.

משה מאַשבער איז פון יענעם געשפּרעך האַלב מענטש אַרומגעגאַנגען. ער איז געווען צעשטרייט, ער האָט אָפט ניט געהערט, וואָס מע רעדט צו אים, און מע האָט אים געמוזט איינע און די זעלבע פראַגע פיל מאָל איבערחזרן, ביז ער האָט פאַרשטאַנען וואָס מע וויל. איינס נאָר האָט ער יאָ געוואוסט — אין זיין שטילער פאַרטראָגנקייט זיך צו האַלטן וואָס ווייטער פון נחומען, מיט אים אין קיינע געשפּרעכן זיך ניט אַריינלאָזן, און אָפט האָט ער געכאַפּט אויף אים אַ קוק הינטנאַרום, ווי אויף איינעם, וואָס איז אים באַגאַנגען גאָר ניט קיין שיינע זאַך, ווי אויף אַזאַ, וואָס האָט אים עפּעס אַמאָל אינמיטן ביינאַכט געוואָרגן...

* *
*

יאָ, ס׳האָט שוין געהאַלטן ביי דער באָבע קריינצי. ערגער: — און דאָ זאָגן מיר אויס אַ צווייטן סוד — משה מאַשבער האָט נאָכן געשפּרעך מיט דער ↰ 334 באָבע קריינצי, אין איינעם אַ פאַרנאַכט אַמאָל, געהיים, אַז קיינער, ניט פון די קאָנטאָר־לייט און אַפילו אויך ניט פון די שטוב־מענטשן, זאָלן באַמערקן, געלאָזט רופן צו זיך זיין פאַרטרויאונגס־מאַן, זיין ווינקל־אַדוואָקאַט, איציקל זילבורג.

אַן אַנדערשמאָל, אין אַלע אַנדערע פאַלן, פלעגט משה צו איציקלען אַהיים גיין. ווייל צו זיך אים רופן פלעגט קיינער ניט גערן, נאָר דאָס מאָל איז משה פון אַלגעמיין־אָנגענומענעם גדר אַרויס און האָט אים פאַרבעטן צו זיך. מע האָט איציקל זילבורגן, ווי געזאָגט, ניט גאָר גערן געהאַט, מחמת ס׳איז געווען פון יענע לייט, וואָס אַז מע נייטיקט זיך ניט אין זיי, האַלט מען זיך פון זיי וואָס ווייטער און מע רוקט זיך ניט צו זיין אין איבעריקער קרובהשאַפט.

ס׳אַ באַזונדער קאַפּיטל, דאָס מין איציקל, וואָס ווען מיר וואָלטן אויספירלעך וועגן אים דערציילט, וואָלט עס אונדז צו ווייט פאַרפירט. נאָר צוליבן פאָרלויפיקן ענין וועלן מיר נאָר מיט אַ פּאָר ווערטער וועגן אים אָט וואָס זאָגן:

אַ מענטש מיט אַ גוטן קאָפּ און גוטע פייאיקייטן. נישט שטודירט אין הויכשולן און אוניווערסיטעטן, קיין יורידישע פאַקולטעטן ניט געענדיקט, און דאָך האָט ער דעם קאָדעקס פון ציווילן און קרימינעלן רעכט געוואוסט, ווי קיינער, און גרויסע פּראָפעסיאָנעלע ווייסערס אַפילו האָבן געמעגט קומען צו אים זיך לערנען.

מע האָט עס געוואוסט, און מאַרק־מענטשן האָבן אים אויסגענוצט. בפרט, אַז קיין איבעריקער באַרייסער איז ער ניט געווען, און זיין האָנאָראַר האָט ער זיך געלאָזט באַצאָלן נישט לויט דער וויכטיקייט און שוועריקייט פונעם ענין, מיט וועלכן מע איז צו אים געקומען, נאָר לויט דעם שטאַנד און פאַרמעגלעכקייט פונעם אייגנטימער פונעם ענין.

אַ מאָדנער פּאַרשוין: אַן אַנדערער אויף זיין אָרט וואָלט, זיכער, רייך געוואָרן, ער — ניט. ער האָט זיך געהאַט זיינע קאַפּריזן. ער פלעגט אַמאָל פאַרבאָטן אַ רייכן מענטשן אַזאַ פּרייז, וואָס מע האָט געשטוינט, קוקנדיק אויף אים. נאָר אויב ניט, — האָט ער געזאָגט, — ס׳לוינט ניט, איז געזונטערהייט, קאָן מען זיך גיין צו אַן אַנדערן. מע איז אָבער געווען פאַרגלייבט אין אים, און אַלע שווערסטע ענינים און אַלע פאַרדרייטסטע עסקים און לאָדענישן, אַדאַנק שלעכט־געשריבענע קאָנטראַקטן ביים שליסן די עסקים, האָט איציקל זיך אונטערגענומען אויפפּלאָנטערן, און אין פיל פאַלן, ווען מע האָט שוין געהאַלטן די לאָדעניש פאַר פאַרשפּילט, איז, אַדאַנק זיינע פייאיקייטן, אַרויסגעקומען גאָר דער אומגעריכטער היפּוך: מע האָט די לאָדעניש געוואונען.

דאָס אַלץ וואָלט זייער גוט געווען, איז אָבער איציקל דערצו געווען אַ קראַנקער אויף איינער אַ זאַך — אויף קאָרטן. ער האָט געשפּילט ליידנשאַפטלעך, ביז פאַרשפּילן זיינע אייגענע גאָר היפּשע פאַרדינסטן, ביז פאַרשפּילן אַ גאַנץ שטיק מאַיאָנטעק פון זיין אייגענעם טאַטן — אַ שטילן יידן, ביי וועלכן ↰ 335 ער איז געווען אַ בן־יחיד און ער האָט אים, דעם טאַטן, געלאָזט כמעט אין די הייזער. ער האָט פאַרשפּילט אויך דאָס, וואָס ס׳האָט זיך געלאָזט, ביי זיין פאַרמעגלעכן שווער — פריער געליען, דערנאָך גענומען, דערנאָך אויסגעוויינט ביי איציקס ווייב, וואָס יעדעס מאָל האָט ער איינגערעדט, אַז שוין, אַז ס׳איז ס׳לעצטע מאָל, און אַז מער ניט, און אַז ער דאַרף נאָר אומקערן זיינע קאָרטן־לייט דאָס געלט, וואָס ער האָט ביים לעצטן מאָל ביי זיי פאַרשפּילט. מיט איין וואָרט, איציקל האָט פאַרשפּילט פאַרמעגנס. איז דאָס אים געווען ווייניק — ער אַליין. האָט ער נאָך אַריינגעשלעפּט און אַראָפּגעפירט פון וועג פיל יונגעלייט פון גאָר פיינע און רייכע הייזער, וואָס אויך זיי זיינען סוף־כל־סוף, אַליין רואינירט געוואָרן און אויך רואינירט גאַנצע פאַמיליעס.

ער האָט געענדיקט ביטער — אויף אַ צוקער־שטריקל, אי דאָס נאָך זייער אין אַ מיאוס אָרט, אין אַן אָפּטרעט ערגעץ, זיך אויפגעהאַנגען, דערווייל אָבער האָבן סוחרים אים גענוצט, דערווייל האָט ער גרויס אויטאָריטעט און אָנזען געהאַט, ווייל אויסער זיינע, ווי געזאָגט, פייאיקייטן, האָט ער געהאַט נאָך איינע אַ מעלה, וואָס איז זעלטן, אין פלוג, ביי אַזוינע לייט, ביי קאָרטן־מענטשן, דאָס צו געפינען. נעמלעך: אָרנטלעכקייט, וואָר וואָרט און דער עיקרשט — אַ גרויסער בעל־סוד. מע האָט זיך אויף אים געמעגט פאַרלאָזן ווי אויף אַ פעסטונג. ווער ס׳האָט אים פאַרטרויט, איז ווי אַ מת אַ קבר — שאַ, און פון זיין מויל איז צו יענעמס רעה קיינמאָל פאַר קיינעם קיין וואָרט ניט אַרויסגעקומען. נישט ווי אַנדערע פון זיין פאַך, ווען צוויי צדדים, למשל, פאַרטרויען אים איין ענין, שפּילט ער אויף אים אויס, לאָזט זיך אויסקלייבן דעם גרינגערן, אויף וועמען מע וועט לייכטער און זיכערער קאָנען געווינען, און טוט נאָך דערביי אויסנוצן דאָס, וואָס ער האָט זיך פון צווייטן, פון שוואַכערן צד, דערוואוסט. ער — ניט. ווער ס׳איז געקומען דער ערשטער, ווער ס׳האָט אים דער ערשטער זיין צד פאַרטרויט, איז אַז דער צווייטער איז געקומען און נאָר־וואָס אָנגעהויבן צו רעדן פון יענעם ענין און אים בעטן זיינע אינטערעסן צו פאַרטרעטן, האָט ער זיך גלייך אָפּגעזאָגט, געזאָגט: ניין, ער איז פאַרנומען, ער פאַרטרעט שוין די אינטערעסן פון צווייטן צד.

אָט דער איציקל זילבורג איז דאָס מאָל צו משה מאַשבער איינגעלאַדן געוואָרן, כדי מיט משה מאַשבער הינטער אַ פאַרמאַכטער טיר אין זיין אַלקער בלייבן און מיט אים זיך באַראַטן.

משה מאַשבער האָט אים דערציילט, אַז כמאַרעס גייען אים אום אין קאָפּ: ער איז שטאַרק פאַרדרייט. אמת, די לאַגע איז אין תוך נאָך ניט אַזוי געפערלעך, דער באַלאַנס איז, ווי אַלעמאָל, אַ גוטער, נאָר קאַסע־מזומן — שוואַך. ער שטעקט ביי פרעמדע מיט גרויסע חובות. אָבער די צייט איז אַזאַ, אַז אַלע די, וואָס זיינען אים שולדיק און וואָס ס׳קומט אים ביי זיי, וועלן זיכער דאָס מאָל ניט צאָלן צו דער צייט. פאַרקערט, דאָס, וואָס ער איז שולדיק, וואָס ↰ 336 ס׳קומט פון אים, וועט ער מוזן צאָלן, ווייל אַנדערש, איז, ווי ער, ווי איציקל, ווייסט, פאַר אַזאַ, ווי ער, ווי משה, אַ חלף.

— אַזאַ, ווי ער, מוז צאָלן. נישט? — איז באַנקראָט, דער קרעדיט אונטערגעריסן, שוין קיינמאָל ניט אויפצושטעלן. און צאָלן וועט ער ניט קאָנען. ער זעט עס פאָרויס — איבער פאַרשיידענע טעמים און אומשטענדן, וועלכע ער, איציקל, ווייסט אַ ביסל יאָ און וועלכע ער ווייסט ניט. אמת, דערווייל האַלט עס נאָך ניט, חלילה, דערביי, אָבער ס׳קאָן האַלטן, ס׳קאָן געשען פון טאָג אויף טאָג, פון שעה אויף שעה, און קומען מאָנען וועלן דעמאָלט ניט נאָר די, וואָס זייערע וועקסל־זמנים זיינען שוין אויסגעגאַנגען, נאָר אויך אַפילו די, וואָס נאָך ניט, ווי ס׳פירט זיך. סוחרים טראַכטן אין אַזוינע פאַלן אַן עצה. ער — אויך. מע קען אים, מע ווייסט, אַז ער, משה, מיינט דאָ ניט, חלילה, ווי אַנדערע — יענעמס, ד. ה. פון אַ מין סוחרישער שרפה רייך ווערן. באַהיט גאָט; ער מיינט דאָ נאָר דאָס שלעכטע שטיקל צייט איבערוואַרטן, זיך, ווי פאַר אַ געוויסער, באַוואָרענען, און דערנאָך, אַז ס׳וועט אַריבער, זאָל ער ווידער אַ פריי פּנים האָבן און ווידער אין זיינע אָרנטלעכע, איינגעשטילטע ברעגעס אַריינקומען. אמת, ס׳קאָן נאָך גאָר זיין, אַז ס׳זאָל נאָך דאָ גאָרנישט ניט געשען, אַז מע זאָל נאָך דאָ גאָרנישט דאַרפן פירנעמען, און דעמאָלט, נאַטירלעך, פאַרלאָזט ער זיך אויף אים, אויף איציקלען, אַז פון זיין מויל וועט קיינער פון זייער איצטיקן געשפּרעך זיך גאָרנישט ניט דערוויסן, נאָר אַלנפאַלס, אויפן הונדערטסטן פאַל, האָט ער אים, איציקלען, איצט גערופן און וויל זיך מיט אים אויסעצהן:

— ווי מיינט ער, צי איז אַ געדאַנק, צי ס׳איז גלייך און ס׳לאָזט זיך, ער זאָל, לפּנים, די קינדער זיינע פון שותפות אַרויסלאָזן, לאָזן די געשעפטן אויף זייערע נעמען: ער, משה אַליין, גייט, כלומרשט, פון זיי אַוועק, אַזוי אַז די חובות זאָלן הייסן נאָר זיינע, און אויב ער צאָלט ניט, זאָל עס הייסן, אַז ער אַליין צאָלט ניט, אָבער די קינדער און דאָס געשעפט בלייבן אין אַ זייט...

ביי משהן, בעת ער האָט דאָס גערעדט, זיינען די ליפּן פון דער באָרד געשפּרונגען. זיי האָבן אים אָפט אויך ניט געפאָלגט און געוואָלט רעדן ניט דאָס, וואָס ער האָט געזאָלט אַרויסברענגען. גרויס מי האָט אים געקאָסט, ער זאָל זיך זעלבסט באַהערשן, און אָפט האָט ער נאָך צו דער אינערלעכער מי געמוזט באַנוצן אויך די פינגער, וועלכע ער האָט אַלע וויילע צו די טאַנצנדיקע ליפּן צוגעשטעלט, כדי זיי אָפּהאַלטן פון ניט פאָלגן און פון אויפרעגונג.

איציקל זילבורג האָט שוין פון זיינע ערשטע ווערטער, פון זיין ציטערנדיקן קול און טאַנצנדיקע ליפּן, באַמערקט, פון וואָס פאַר אַ בראָך זיי קומען, און כדי ניט צו קוקן אויף משהן, כדי זיך מאַכן ניט זעענדיק, האָט ער דעם קאָפּ צו דער ערד־אַראָפּ געהאַלטן. ער האָט אויך, כדי צו באַרואיקן משהן און אים דאָס האַרץ לייכטער מאַכן, ווי זיין שטייגער, אויפגיך, אויפגיך, שוין ↰ 337 בעתן געשפּרעך, מיט זיין שאַרפן מוח אַן אַרבעט געטאָן, און בעת יענער, משה, האָט נאָך געהאַלטן אין רעדן, האָט ער, איציקל, שוין דעם ענטפער געהאַט אָנגעגרייט, ווי אַ געניטער דאָקטער, וואָס פון די ערשטע ווערטער פונעם חולה איז אים שוין קלאָר די קרענק, און ער פאַרשפּאָרט שוין לאָזן דעם חולה באריכות זיך פאַנאַנדערגיין. דאָך, מחמת כבוד, האָט ער אים ניט איבערגעשלאָגן, און אַז משה האָט פאַרענדיקט, האָט איציקל באַלד אַ זאָג געטאָן:

— אַוודאי איז גלייך, אַוודאי לאָזט זיך! דערווייל זאָגט דאָך ר׳ משה אַליין, אַז ס׳איז נאָך צו פרי, און אַז ס׳וועט האַלטן דערביי, וועט מען זען, געוויס לאָזט זיך! ווי אַזוי מאַכט מען דאָס? פאַרשיידן. פאַר אַלעמען, וועט מען דאַרפן זען, אַז די האַנדלס־שיין פון זיין נאַפט־געשעפט, למשל, זאָל גענומען ווערן אויפן נאָמען פון זיין איידעם יאַנקעלע גראָדשטיין. פאַר אַלעמען, וועט ער, ר׳ משה, דאַרפן זען, אַז אויך דאָס הויז און אַנדערע אומבאַוועגלעכע גיטער, אויב ער פאַרמאָגט, זאָלן אויך אויף עמעצנס אַנדערש נאָמען איבערגעשריבן ווערן. פאַרשטענדלעך, אַז באַוועגלעכע, ווי צום ביישפּיל, צירונג, געלט־מזומן, חפצים א. אַ., דאַרפן פון הויז אַוועקגענומען און איבערגעגעבן ווערן אין זיכערע הענט, אויף וועמען ר׳ משה קאָן זיך פאַרלאָזן. וואָס זשע געהער דער קאָנטאָר אַליין, וועט מען נאָך זען. ס׳וועט אפשר מעגלעך זיין אַרויסגעבן וועקסלען אויף אַ היפּשע סומע, וואָס ער, ר׳ משה, האָט, כלומרשט, געליען ביי זיין איידעם נחומען, אויב ער וויל, אַז די קאָנטאָר זאָל בלייבן אויף יענעמס נאָמען. פאַראַן אויך אַנדערע מעגלעכקייטן, וואָס וועגן זיי וועט זיך נאָך לאָזן אַ טראַכט טאָן. אַלנפאַלס, זאָל ער, ר׳ משה, אים, איציקלען, האַלטן אין קורס, זאָל ער אים וואָס אָפטער באַריכטן, און אין נייטיקן מאָמענט וועט שוין געטאָן ווערן דאָס נייטיקע. ער מעג זיכער זיין און זיך פאַרלאָזן אויף אים, אויף איציקלען.

איציקל זילבורג האָט דאָ, זעט אויס, אויסער געוויינלעכער פּראָפעסיאָנעלער פאַראינטערעסירטקייט, געהאַט עפּעס באַזונדער מיטלייד מיט משהן. כאָטש ער איז אַזוינע סוחרים־קליענטישע שטאַנדן גענוג בייגעווען, דאָך האָט זיך אים אָט דער פאַל עפּעס אויסגעטיילט פון אַלע אַנדערע, ער זאָל מער וואַרעמער און אויפריכטיקער זען דעם קליענט אַמבעסטן צו עצהן און ווי ווייט מעגלעך אים זיין געמיט פאַרגרינגערן.

אויף וויפיל דאָס האָט זיך אים איינגעגעבן, האָט זיך איינגעגעבן: משה האָט זיך, ווי־ניט־ווי, טאַקע געלאָזט איינרעדן, און פאַר איציקלס אַוועקגיין אים געדאַנקט און פון גרויס צעטראָגנקייט זיך מיט אים, שוין אויף דער שוועל שטייענדיק, אַפילו זיך עטלעכע מאָל געזעגנט. נאַטירלעך, איז אים אויך געבליבן גענוג שווערס: אַליין שוין דאָס, וואָס ווער וואָלט זיך עס געריכט, אַז ער, משה מאַשבער, וועט האַלטן דערביי, אַז ער וועט געצוואונגען זיין איציקל זילבורג אויף אַזאַ סוד איינלאַדן צו זיך אַהיים, מיט אים הינטער פאַרמאַכטע טירן זיך אָפּזונדערן און אַזוינע גאָר געשפּרעכן פירן. נאָר מילא: געשען — ↰ 338 איז געשען, און אין לעבן קומט פאָר פאַרשיידענעס... משה האָט זיך שוין געוואָלט באַרואיקן, נאָר איידער ער האָט נאָך געוויזן איציקל זילבורג אַראָפּבאַגלייטן פון שטוב און פון דער שוועל, אַזוי האָט זיך באַוויזן אַ שליח פון ר׳ דודין דעם רב צו אים צוגעשיקט מיט אַ בקשה, ער זאָל וואָס גיכער קומען — דער רב וואַרט אויף אים, דער רב דאַרף אים נייטיק האָבן.

דאָס איז געווען נאָך דעם, ווי ר׳ דודי האָט זיך די לעצטע טעג קראַנק געמאַכט און זיך אין בעט אַריינגעלייגט... געמאַכט? — יאָ, אמת, אַ ביסל איז ער אויך טאַקע קראַנק געווען, אָבער ניט אויף אַזויפיל, אַז ער זאָל זיך אין בעט לייגן, און געלייגט האָט ער זיך, כדי ער זאָל קאָנען רופן און איינלאַדן צו זיך דעם דאָקטער יאַנאָווסקי און מיט אים האָבן דעם באַלד ווייטער קומענדיקן געשפּרעך.

ביידע, ר׳ דודי און יאַנאָווסקי, צוויי אַלטע שטאָט־אָנפירער, איינער פונעם רוב שטאָט־איינוואוינער, פון דער יידישער קהלה, דער צווייטער — פון דער מינדערהייט, פון דער פּוילישער, וואָס ער, יאַנאָווסקי, איז געווען איר פאָרשטייער, דער ווירטשאַפט־פאַרוואַלטער און איר קלויסטער־קאַזנאַטשיי. נישט איין מאָל האָבן זיך די ביידע, ר׳ דודי און יאַנאָווסקי, אָנגעשלאָגן ביי אַלגעמיינע אינטערעסן, וועלכע האָבן ביידע קהלות אָנגערירט. זיי האָבן זיך איינס דאָס אַנדערע אָפּגעגעבן כבוד אין אַזוינע פאַלן, און יעדעס מאָל מיטאַנאַנדער די נייטיקע ענינים, אויף אַ געהעריקן אופן, איינגעלאַדעט; אַזוי אַז אַפילו שוין ניט אין נייטיקע ענינים זיינען זיי אויך, אַליין נאָר לויטן אַמט און שטאַט, הייסט עס, אָפיציעלע פריינט געווען, האָבן זיך פון צייט צו צייט געווענדט איינס צום צווייטן, זיך זייער העפלעך געגריסט, ווען באַגעגנט; און וואָס געהערט יאַנאָווסקין, איז יעדעס מאָל, ווען ר׳ דודי איז קראַנק געווען, און מע האָט אים צו אים גערופן אויף אַ וויזיט, פלעגט ער אָפּזיצן לענגער, ווי ביי אַ געוויינלעכן חולה, פלעגט אויסער דער קרענק, וועגן נאָך ענינים שמועסן און יעדעס מאָל אַפילו פון דאָקטער־האָנאָראַר זיך אָפּזאָגן.

דאָס מאָל, אַז יאַנאָווסקי איז געקומען צו ר׳ דודין, האָט ר׳ דודי אים גלייך געזאָגט:

— ער איז ניט אַזוי קערפּערלעך קראַנק, ווי קראַנק פון ערגערניש. ער ווייסט מסתם, יאַנאָווסקי, דעם ענין מיט די פּריצים, מיטן שיסן אין פּאָרטרעט און מיטן שווינדלער סווענטיסלאַווסקי, וואָס האָט זיך געשטעלט דאָ ביי דעם ענין צו פאַרדינען, און אַז פאַר די פּריצים איז געשטאַנען אַ ברירה אַ אָדער־אָדער: — אָדער קייטן, פאַרשיקונג און אפשר נאָך ערגער, אָדער מע באַצאָלט אים, סווענטיסלאַווסקין, און דער ענין איז צעריבן.

— ער ווייסט מסתם אויך, אַז איבערן היי־יאָריקן שלעכטן יאַריד האָבן פּריצים קיין געלט ניט געהאַט מיט וואָס זיך אויסצוקויפן. דערוויסנדיק זיך די לאַגע און שאַנעווענדיק די פּריצים, וואָס זיינען מיט יידן פאַרבונדן, האַנדלען ↰ 339 מיט זיי אַלע יאָרן צוזאַמען און מאַכן שטענדיק געשעפט אינאיינעם — האָט ער, ר׳ דודי, געהאַלטן פאַר זיין חוב אין דעם ענין זיך אַריינמישן, זיי, די פּריצים, פון זייער נויט אַרויסהעלפן. ער האָט צונויפגערופן וועמען מע דאַרף, מע האָט דאָס געלט צונויפגעקליבן און דאָס געסילוקט.

— פאַרשטענדלעך, אַז זיין מיין איז דאָ געווען ניט, חלילה, עפּעס קעגן דער מלוכה, וואָס פּריצים האָבן פאָרגענומען; אדרבא, פאַרקערט, נאָר דערפאַר טאַקע, ווייל ער האָט געוואוסט, אַז פּריצים זיינען דאָ לחלוטין אומשולדיק און אַז ס׳איז הוילער בלבול, האָט ער געטאָן, וואָס ער איז געווען ביכולת, מענטשלעך, און ווי דער יידישער דין פאָדערט אין אַזוינע פאַלן — אַרויסהעלפן דעם, וואָס נייטיקט זיך אין דיין הילף.

— ס׳האָט זיך אָבער אויסגעלאָזט — מע ווייסט ניט, פונוואַנען ס׳קומט און וועמעס האַנט ס׳איז דערביי — מעגלעך, אַז דער שווינדלער סווענטיסלאַווסקי אַליין האָט זיך דאָ פאַרן שווינדל דערשראָקן און האָט זיך אַליין אויסגעגעבן, מעגלעך אויך, אַז אַן אַנדערער, — ווי די מעשה זאָל ניט זיין, איז, ווי ער, יאַנאָווסקי, ווייסט, דער גאַנצער פּריצים־עולם איצט פאַרפלעקט, און אייניקע אַפילו האָט מען שוין פאַרנומען, און אויך די יידן, יענע, וואָס האָבן דאָס געלט געזאַמלט, זיינען שוין אויפן פאַרהער גערופן געוואָרן, און ער אַליין, ר׳ דודי, איז איצט גוואַלדיק פאַרלוירן: ער קאָן זיך ניט מוחל זיין, וואָס ער האָט אומשולדיקע מענטשן אין אַזאַ ענין אַריינגעפירט און פאַרמישט. ווייל אויב ס׳וועט גיין, ווי ס׳גייט, איז, וועדליק מע הערט זאָגן און ער פאַרשטייט פון די אויספאָרשער, קאָן זיך דאָס, חלילה, ענדיקן מיט אַ גרויס אומגליק פאַר אַלע.

— איז אָט, האָט ער אים גערופן, ניט אַזוי צוליב זיין חולשה *), נאָר צוליב זיך אויסעצהן: אפשר ווייסט ער, וואָס מע טוט און וואָס ס׳לאָזט זיך דאָ פירנעמען.

ר׳ דודי איז, בשעת ער האָט דאָס אַלץ פאַר יאַנאָווסקין אויסגעלייגט, געזעסן אויפן בעט. יאַנאָווסקי — לעבן אים, אויף אַ שטול, צוגערוקט. ר׳ דודי — אַ זקן מיט אַ ווייסער שיטערלעכער יידישער באָרד, יאַנאָווסקי אַנטקעגן — אויך אַזאַ, נאָר מיט צוויי ווייס־וואָלענע פראַנציאָזעפישע באַקנבאַרדן. ר׳ דודי — מיט שאַרפע אויגן, נאָך מיט אַ געוויסן סאָרט ברען, קלוג, פּאָליטיקאַניש, יאַנאָווסקי אַנטקעגן — שוין מיט אַן אויסגעלאָשענעם בליק, צי פון עלטער, צי פון דער נאַטור אַזאַ.

*) שוואַכקייט.

יאַנאָווסקי האָט געהערט, באַנומען, נאָר, צי מחמת ער האָט זיך ניט איבעריקס געוואָלט מישן, צי דערפאַר, וואָס ער האָט געזען, אַז ס׳איז דאָ ניטאָ מיט וואָס צו העלפן, האָט ער, פון זיין זייט, גאָרנישט ניט פאָרגעלייגט. ער ↰ 340 האָט נאָר געגעבן אָנצוהערן, אַז אַזוי ווי דער ענין איז ניט קיין געוויינלעכער, נאָר אַזאַ, וואָס רירט אָן הויכע מלוכה־פּאָליטיק, איז דאָס איינציקע, אין וועמען ס׳איז געווענדט — דאָס זיינען די אויספאָרשער. ווי זיי וועלן וועלן, הייסט עס, אויסלייגן די זאַך פאַר דער הויכער מאַכט, אַזוי וועט דאָס זיין, און אַזוי וועט מען עס דאָרט אָננעמען איז דאָס איינציקע דערום, וואָס מע וואָלט דאָ געקאָנט טאָן און וואָס ס׳לאָזט זיך, איז ווען מע האָט אַ צוטריט צו זיי, צו די אויספאָרשער — דורך הויכער באַקאַנטשאַפט אָדער דורך אַנדערע וועגן, ווען מע קאָן צו זיי צוקומען. ווען דאָס גיט זיך איין, וואָלט מען, ערשטנס, זיך געקאָנט דערוויסן, ווי די זאַך האַלט בכלל, און צווייטנס, וואָלט מען אפשר זיי געקאָנט איבערצייגן, איבעררעדן און זיי באַווייזן דעם אומשולד פון די באַשולדיקטע. נאָר אויף אַזאַ אופן וואָלט דאָ געקאָנט עפּעס מעגלעך זיין.

ר׳ דודי איז פונעם געשפּרעך מיט יאַנאָווסקין אַרויס נישט איבעריק באַפרידיקט, און דאָס איינציקע, וואָס איז אים געבליבן און האָט זיך אים יאָ אויפן שכל געלייגט, איז געווען דאָס — וואָס אפשר וואָלט מען טאַקע געזען דורך פאַרשיידענע צדדים, דורך פאַרשיידענע קליינע מלוכה־לייט און באַאַמטע קומען צו זיי, צו די העכערע, צו די אויספאָרשער.

און אָט צוליב דעם האָט ער איצט משה מאַשבער געלאָזט רופן — אים, משהן, ווי נאָך אייניקע געציילטע פון צווישן אַלע די, וואָס האָבן אינעם געלט־זאַמלען פאַר די פּריצים גענומען אָנטייל. ווייל דאָס, וואָס ר׳ דודי האָט איצט געהאַט פאָרצולייגן, איז אַ זאַך טאַקע נאָר פאַר געציילטע און געטרויאונגס־לייט, — אַלנפאַלס, ניט פאַר אַלע.

ר׳ דודי האָט פאַר אַלעמען, איבערגעגעבן זיין געשפּרעך מיט יאַנאָווסקין און וואָס ער האָט פון אים אַרויסגעטראָגן, און צום סוף האָט ער צוגעגעבן:

— ס׳טראָגן זיך קלאַנגען, רבותי, אַז די לאַגע פון די פּריצים איז ערנסט. מע דאַרף עס גוט פאַרשטיין: יעדעס מאָל, ווען אויספאָרשער נעמען זיך פאַר אַזאַ ענין, וואו מע ווערט באַשולדיקט אין גיין קעגן מלכות, זיינען זיי כסדר נוטה צו געפינען מער שולד, וויפיל ס׳איז דאָרט פאַראַן טאַקע אויף אַן אמת. די טבע פון דער זאַך פאָדערט פון זיי: כדי מע זאָל זיי ניט חושד זיין, אַז זיי נעמען אָן גרינג און האַלטן פאַר לייכט אַזעלכע האַרבקייטן. זיי זעען דערום באַשולדיקן ניט נאָר דעם, וואָס איז טאַקע מיט אַן אמת שולדיק, נאָר אַפילו די, וואָס זיינען גאָר נאָענט לעבן אים געשטאַנען, אַפילו דעם, וואָס האָט אים מיט אַ מינדסט נאָר אונטערגעהאָלפן, אָדער געוואוסט און ניט אויסגעגעבן. ס׳אַ כלל ביי זיי: ווער עס באַשולדיקט מער, דער איז געלויבטער, דער, הייסט עס, איז דער געטרייער דינער און דער קאָן זיכער זיין, אַז מע וועט אים אויסטיילן און באַצייכענען צום גוטן. אויך דאָ וועלן די אויספאָרשער, נאַטירלעך, זען אַזאַ פאַל ניט דורכלאָזן און זיך וועלן אויסצייכענען. זיי וועלן דערום ניט נאָר די פּריצים נישט אַרויסלאָזן פונעם באַשולדיקונגס־קרייז, נאָר ↰ 341 זיי וועלן זען אויך אַריינשלעפּן אַהין די, וואָס האָבן צו דעם נאָר די ווייטלעכסטע אַפילו שייכות, ווי מיר אַלע, למשל, וואָס כאָטש זיי ווייסן וואויל, אַז יידן האָבן מיט דער עצם־באַשולדיקונג ניט צו טאָן, נאָר ווער ס׳העלפט דעם, וואָס טוט די עבירה, איז גלייך ווי ער טוט זי אַליין. ס׳איז דערום איין עצה: פריער גאָט, דערנאָך טאַקע זיי, די אויספאָרשער. מע וואָלט באַדאַרפט זען צו זיי צוקומען, — אַזוי האַלט יאַנאָווסקי, אַזאַ איז מיין געדאַנק אויך. מע דאַרף געפינען דורכוואַנען דורכצוקריכן — מיט כשרן, איז מיט כשרן, ניט — אויב ס׳לאָזט זיך ניט דורך באַקאַנטשאַפט, דורך אַ גוט וואָרט און פריינטלעכער השתדלות — איז אויף אַן אַנדער אופן, אויף אַן אַנדער וועג: מיט ווייניק געלט, אויב מע וועט דאַרפן באַשמירן אַ קלענערן, מיט מער — אויב דער גרעסערער „נעמט” און נעמען — נעמען זיי דאָך אַלע. קיין אַנדער אויסוועג איז ניטאָ.

— אמת, — האָט דאָ ר׳ דודי צוגעגעבן, — ס׳שטייט דאָ פאַר אַ געפאַר, ווי אין אַלע ענלעכע אַזוינע אונטערנעמונגען, ד. ה. ווען מען קומט אָן צו גרויסע לייט, ווען מע דאַרף צו זיי האָבן און מע דאַרף זיי „אין דער האַנט געבן” — שטייט פאָר אַ געפאַר, טאָמער, חלילה, נעמט דערנאָך אַזאַ איינער, גייט און דערציילט, אַז מע האָט אים געוואָלט איבערקויפן. דעמאָלט איז די שולד שוין געטאָפּלט, דעמאָלט וואַקסט זי אויס אין אַ באַרג, ווייל דאָס איז דאָך אַ סימן, אַז ווער ס׳פילט זיך, דער מיינט זיך; אַנדערש, ווען דער געוויסן איז ריין, וואָלט מען זיך דאָך אויף אַזוינע וועגן, ווי אויף געלט געבן, אויף כאַבאַר, ניט געלאָזט. יאָ, ס׳אַ געפאַר. פון דער אַנדערער זייט אָבער האָבן מיר קיין אַנדער ברירה, און מע דאַרף טאַקע זען אין אַזוינע ענינים זיין זייער פאָרזיכטיק. זען, וועמען מע גיט. זיך אַפריער גוט אָנפרעגן, צי יענער נעמט, ווי אַזוי און וויפיל, און מע דאַרף, נאַטירלעך, דאָך אויך קאָנען קלוג דערלאַנגען...

ס׳איז קלאָר געווען פון ר׳ דודין, אַז די ידיעות, וואָס ער האָט באַקומען, זיינען גאָרנישט קיין פריילעכע. אַלנפאַלס, זיינען די געציילטע, וואָס זיינען דעמאָלט בייגעווען אויף דער ענגער געהיימער און געשלאָסענער באַראַטונג ביי ר׳ דודין, אַרויס אָן אַ באַשלוס, מחמת איבעריק פעסט איז דאָך ר׳ דודי אַליין ניט געווען מיט זיין פאָרשלאָג — ערשטנס, איבער גרויס מורא, און צווייטנס — אויך איבער דעם, ווייל מע האָט נאָך ניט געוואוסט — אויב מע זאָל אַפילו יאָ אָננעמען דעם פאָרשלאָג — ווער זאָל גיין און וועמען זאָל מען שיקן, ווער וועט זיך אויף אַז: זאַך איינשטעלן, און דער עיקר — וויפיל געלט דאַרף מען דערויף האָבן און ביי וועמען וועט מען דאָס צונויפנעמען. מע איז דערום פאָרלויפיק אַרויס אָן אַ באַשלוס, יעדערן אָבער האָבן היפּשע קעץ אין בויך געריזעט און יעדערן האָט דער קאָפּ געעגבערט: אַן אָנשיקעניש, אַן אומגליק...

↤ 342

* *
*

אויך משה מאַשבער איז דעמאָלט אַהיים געקומען פון יענער באַראַטונג שטאַרק נידערגעשלאָגן. ס׳איז שוין געווען אין אַ שפּעטער שעה, קרוב צו האַלבער נאַכט. ער האָט שוין ביי זיך אין עס־שטוב קיינעם פון די קינדער ניט געטראָפן, און אַפילו גיטעלען, וואָס יאָ, האָט ער אויך געבעטן, זי זאָל גיין שלאָפן: די וועטשערע, וואָס איז אים אָנגעגרייט, איז אים גענוג, מער דאַרף ער ניט, און ער האָט נאָך צוליב עפּעס נאָך דער וועטשערע אַ ביסל אַליין צו בלייבן. ער איז געבליבן אַליין. די וועטשערע — יאָ געגעסן, גלייך ווי ניט געגעסן. אויבנאָן זיצנדיק, האָט ער געהאַט פאַר זיך דעם גרויסן הענג־לאָמפּ, וועלכער איז אַראָפּגעהאַנגען אַ ביסל נידעריקלעך פון דער סטעליע איבערן גרויסן עס־טיש און האָט אים פאַרשטעלט די קעגנאיבערדיקע טיר, וואָס פירט פון קיך אין עס־צימער. משה האָט דערום ניט באַמערקט, ווי שטיל, קוים צו הערן, האָט זיך פּונקט דעמאָלט אין יענער טיר, אינמיטן איר חלל שטיין בלייבנדיק, עמעצער איצט באַוויזן. דאָס איז געווען — אַלטער. אָנגעטאָן, ווי פריער, — אָרעמלעך און ווי ס׳איז געקליידט אַזאַ, אויף וועלכן מע קוקט ווייניק און פאַר וועמען מלבושים שפּילן קיין ראָלע. ער איז איצט געשטאַנען, ווי יעדעס מאָל, ווען ער פלעגט זיך פּלוצלונג באַווייזן אַמאָל אין דער טיר אַן אומגעריכטער. ווער ס׳וואָלט אָבער איצטער אויף אים אַ מער ערנסטן קוק געטאָן, וואָלט אין אים דערזען אַ משונה ענדערונג.

מיר ווילן זיך דאָ לאַנג ניט פאַרהאַלטן. מיר וועלן נאָר זאָגן, אַז אַפילו גאָר פאַר אַ גרויסן דאָקטער וואָלט אָט די ענדערונג, ווען ער זעט זי, געווען אַ רעטעניש, און ער וואָלט, וועלנדיק זי דערקלערן, אין גרויס פאַרלעגנהייט געקומען. מיר אָבער, וואָס ניט קיין דאָקטער, זאָגן זיך אַוודאי אָפּ פון דערקלערונגען און מיר ווייסן נאָר אָט וואָסערע פאַקטן צו דערציילן:

קיינער אין שטוב אונטן האָט נאָכן געוויסן פאַל, וואָס ס׳האָט מיט אַלטערן געטראָפן אין געוויסן אויפדערנאַכט, נישט געוואוסט, וואָס מיט אַלטערן אין זיין אייבערשטיבל געשעט. מע האָט ניט איבעריק אַרויפגעקוקט צו אים, מע האָט אים נאָר דערלאַנגט, וואָס מע דערלאַנגט אים כסדר צו זיין געברויך און מערכה, אָבער מער קיין אינטערעס איז ניט געווען, ווייל פונעם פאַל, האָט מען באַמערקט, האָט ער זיך גיך אויסגעפאַריכט. נישט באַמערקט האָט מען אָבער, אַז אַלטער האָט, אַליין בלייבנדיק, נאָך אין בעט ליגנדיק, זיך אָפט גענומען שפּילן מיט דער זון־שיין, למשל, מיט אַזאַ הנאה, ווי נאָר אַ זויגקינד שפּילט זיך מיט אַזוינע זאַכן.

ער האָט זיך צוערשט, ווי נאָר ער איז געקומען צו זיך און פון בעט אַראָפּגעגאַנגען, זיך געהייסן אַרויפדערלאַנגען אַ סידור. מע האָט זיך פאַרוואונדערט, אים דערלאַנגט און גלייך פאַרגעסן. שפּעטער האָט ער זיך געבעטן ↰ 343 דערלאַנגען אַ ספר (אַפילו אָנגערופן אים ביים נאָמען). מע האָט זיך ווייטער פאַרוואונדערט, ווייטער אים דערלאַנגט און ווידער דעם וואונדער פאַרגעסן. ס׳איז דערגאַנגען דערצו, אַז ווען דאָס געוויסע מאירל — דאָס איינציקע קינד אין שטוב, וואָס האָט זיך באַשטענדיק אינטערעסירט מיט אַלטערן, סיי ווען יענער איז קראַנק און סיי ווען ניט, — ווען דאָס געוויסע מאירל האָט צו יענער צייט צו אים אַרויפגעקוקט, האָט אַלטער געהאַט מיט אים צו פאַרפירן אַזוינע געשפּרעכן, וואָס מאירלען האָבן זיי געשראָקן, — נישט דערפאַר, ווייל אומזיניק (דערצו איז מאירל געווען געוואוינט), נאָר פאַרקערט, אַלטער האָט גערעדט צו דער זאַך, און מאירל האָט פאַרוואונדערט געקוקט אויף אים, אים נישט דערקענט און זיך פאַר אים איצט פיל מער געשראָקן, ווי פריער.

די ערשטע דערקענט די ענדערונג האָבן די דינסטן אין קיך: אַז אַלטער איז צו יענער צייט, אַרויסגייענדיק אויפן הויף, אָדער צוריק צו זיך אין אייבערשטיבל זיך אומקערנדיק, די קיך פאַרבייגעגאַנגען, האָט ער זיך איצט כסדר עטוואָס מער, ווי פריער, פאַרהאַלטן. דערביי האָט ער עפּעס אויף די דינסטן געקוקט, דער עיקר, אויף דער יינגערער, אויף דער פּאָקאָיאָווע, אויף גנעסיען מיטן מולטענעם קאָפטל און מיטן הויכן בוזעם. דערזעענדיק אים דאָס ערשטע מאָל ביי אָט דער מלאכה — ביים קוקן אויף גנעסיען, האָט די עלטערע דינסט, נאָך דעם ווי יענער, ווי אַלטער, איז אַוועק — אַ דערשראָקענע און ווי אין גרויס פאַרצווייפלונג אויסגעשריגן:

— אַ ווייטיק איז מיר, האָסטו געזען אַ ביסל?...

— וואָסי! — האָט די צווייטע געפרעגט.

— האָסט גאָר ניט באַמערקט, מויד?

— אַז וואָס?

— אַז אַלטער ווערט, דאַכט זיך, אַ מענטש.

— פון וואָס זעסטו דאָס?

— פון דעם, ווי ער קוקט אויף דיר, מויד...

אַן אַנדערשמאָל האָט זי שוין אויף זיכער אויסגעשריגן:

— מויד, וואָס קוקט ער אויף דיר? וואָס האָט ער ביי דיר אַזוינס דערזען?

אַ דריט מאָל נאָך מער זיכער!

— ער האַלט שוין אויף אַ דרך, ער האָט שוין די געוויסע זאַכן אין זינען...

ס׳איז געווען אמת. אַלטער האָט זיך איצט שוין פאַרקוקט מיט חידוש אויף דעם, וואָס פריער, נאַטירלעך, איז דאָס אים ניט אָנגעגאַנגען. אַלטערן איז שוין אויך אָפט ביי זיך אין צימער ווי ענג געוואָרן, ער האָט געוואָלט אַרויס אויף דער פריי, אויף דער גאַס, נאָר ער האָט זיך געשעמט. ער האָט געהאַט פאַר וואָס: פאַר אַלעמען, מיט זיך אַליין, וואָס ס׳האָט אים געדאַכט, אַז אַלע וועלן אים נאָכקוקן; און צווייטנס, מיט זיין הלבשה, וואָס ער האָט שוין געפילט, אַז מיט אַזוינער דאַרף מען זיך שעמען. מיט איין וואָרט, אַלטער ↰ 344 האָט שוין געוואוסט, וואו ער געפינט זיך, געוואוסט זיין לאַגע ביז אַהער און געוואָלט זי ענדערן — געוואָלט אַריבערשטעלן אַ פוס איבער דער שטוב־שוועל, כדי אַריינצוקומען צווישן די בני־בית ווי אַן אייגענער, נאָר ער האָט נאָך קיין מוט ניט געהאַט. ער האָט דערום דאָס, וואָס אים איז צוגעקומען אין געזונט און אין פאַרשטאַנד, נאָך ווי אויסבאַהאַלטן, ניט וועלנדיק זיך ווייזן פאַר קיינעם, אויסוואַרטנדיק, ביז ער וועט זיך מיט זיין ברודער משהן אויג אויף אויג אָנשלאָגן, ער זאָל זיך פאַר אים אין זיין נייעם שטאַנד אַנטפּלעקן, און יענער זאָל אים דערנאָך שוין אַליין צווישן די איבעריקע אַריינפירן און אים צווישן זיי היימיש מאַכן.

דערווייל אָבער האָט אַלטער פון טאָג צו טאָג אַלץ מער לייב אויף זיך גענומען. דאָס עסן איז אים איצט אַנדערש איינגעגאַנגען, און ער האָט עס אַנדערש, ווייזט אויס, פאַרדייט. דאָס בלאַסע פּנים איז אים נאָך אַלץ טאַקע בלאַס געבליבן, נאָר מער אָנגעפילט, און פון צייט צו צייט האָט זיך דערויף אויך שוין אַפילו אַ מין פאַרב געוויזן. ווען ניט די שלעכטע צייט, און ניט די זאָרג, וועלכע איז אַלע דעמאָלט באַפאַלן, וואָלטן אַלע ביים באַגעגענען דאָס זיכער געווען באַמערקט. אַלע אָבער פאַרדרייט. באַזונדערס משה, וועגן וועלכן די עלטערע דינסט האָט איינמאָל דעמאָלט צו דער יינגערער אַ זאָג געטאָן:

— ווייסט וואָס כ׳ל דיר זאָגן, מויד: אַלטער ביים זיך, דאַכט זיך, מיט אונדזער באַלעבאָס.

— וואָס הייסט — „ער בייט זיך”?

— דאָס הייסט, אַז דער באַלעבאָס, דאַכט זיך, ווערט משוגע און אַלטער — קלאָר.

אַלטער האָט דערווייל די רו און צייט געהאַט, אַזוי ווי אַ הינדל אונטער אַ קוואָטשקע, שטיל אין זיין אייבערשטיבל זיין נייעם וואוקס און זין אויסצואוואַרעמען, ביז זיי האָבן זיך ביי אים ווי פון אַ שאָלעכץ אויסגעשיילט, זיך אויסגעפּיקט, און ביז ער האָט זיך דערפילט, אַז ער קאָן שוין אויף אייגענער אחריות אַן אייגענעם טראָט מאַכן.

צו יענער צייט, ווען מע וואָלט אומגעריכט אין זיין אייבערשטיבל אַרויפקומען, וואָלט מען אים געקאָנט אַמאָל טרעפן, ווי ער קוקט זיך אַרום, באַקוקט זיינע קליידער, באַקוקט זיינע הענט און פיס און אויך זיין פּנים אַמאָל אין אַ האַלב־געעפנטן פענצטער, ווען ליכט און שאָטן דערלויבן צו זען די אייגענע אָפּשפּיגלונג אין פענצטער־גלאָז.

אַזוי לאַנג, ביז אין איינעם אַ טאָג האָט אים אין שטוב אַ צי געטאָן. דאָס איז געווען אין יענעם אויפדערנאַכט, ווען משה איז, קומענדיק צוריק פון ר׳ דודין, אַליין אין עס־שטוב געבליבן. אַלטער האָט זיך, ווי זיין שטייגער, אויף דער שוועל שטייענדיק, באַוויזן. משה האָט, ווי געזאָגט, צוערשט איבערן ↰ 345 אַראָפּהענגענדיקן לאָמפּ אים ניט באַמערקט, נאָר דערנאָך, ווען דערזען, האָט ער אַזש אַ געשריי געטאָן פון אומגעריכטקייט:

— האַ! וואָס! אַלטער!...

אַלטער איז צו אים צוגעגאַנגען און זיך דערנעענט צו זיין זיץ־אָרט ביים אויבנאָן, וואָס ער האָט פאַרנומען. און שוין אין אָט דעם שטיקל וועג, וואָס יענער האָט געהאַט צו מאַכן, פונעם שוועל ביזן טיש, האָט משה באַמערקט, אַז זיין גאַנג איז עפּעס דאָס מאָל אַנדערש, ווי אַלעמאָל, אויך זיין האַלטן זיך ניט ווי פריער, און דער עיקר זיין בליק — אַזאַ, וואָס ביז אַהער האָט מען זיך אויף אַזוינעם ביי אים קיינמאָל ניט געקאָנט ריכטן: — אַ מענטשלעכער, אַ פולווערטיקער און באַזיניקט, — און גראָד דאָס האָט משהן איצט שטאַרק דערשראָקן — גראָד דאָס מענטשלעכע, גראָד דאָס, וואָס פולווערטיק, דאָס, וואָס אַלע מענטשן זיינען דערמיט באַשאָנקען — זיין זינען.

ער האָט פון דערשרעק נישט געוואוסט, וואָס צו טאָן. ער האָט איצט נישט ווי אַלעמאָל, ווען אַלטער פלעגט אַמאָל אַראָפּקומען אומגעריכט, אים נישט צוריק געטריבן, צוריק געשיקט, ווי כסדר: „גיי, גיי צו זיך, אַלטער”... ניין, דאָס מאָל האָט ער זיך פון זיין אָרט אַ הייב געטאָן, ווי געוואָלט מאַכן פּלאַץ און איינלאַדן אַלטערן זיך זעצן, ער האָט דאָס אָבער נישט געטאָן, ווייל ניט געוואוינט דערצו. ער איז נאָר אויף אַ וויילע אויך אַליין געבליבן שטיין און, פון נישט וויסן וואָס צו מאַכן, האָט ער איילנדיק און מבולבל אַ פרעג געטאָן:

— וואָס האָסטו געוואָלט, אַלטער?

— כ׳האָב געוואָלט מיט דיר עפּעס איבעררעדן.

שוין פון אָט די ערשטע, געציילטע ווערטער, וואָס אַלטער האָט אַרויסגעזאָגט, איז פאַר משהן קלאָר געוואָרן, אַז ער האָט פאַר זיך אַ נייס, אַ גאָר ווילדע. ער האָט זיך דערמאָנט, ווי אַלטער האָט, בשעת ער איז דעם לעצטן ערב־ראש־השנה אַרויף צו אים צום נייעם יאָר געוואויר ווערן, אים אַ זאָג געטאָן, אַז ער ווערט, דאַכט זיך, געזונט... ער האָט זיך אויך דערמאָנט אין יאַנאָווסקיס ווערטער אין יענעם געוויסן אויפדערנאַכט, ווען אַלטער האָט, בעת לוזיס אַוועקגיין פון שטוב, דעם געוויסן פאַל געטאָן, — וואָס יאַנאָווסקי האָט דעמאָלט, קומענדיק, געזאָגט וועגן דעם פאַל — אַז מעגלעך, אַז דאָס זאָל דינען פאַר אַ קריזיס אין אַלטערס שלאַפקייט. ער האָט זיך דאָס דערמאָנט, און קוקנדיק איצט אויף אַלטערן און זעענדיק אים אַ נייעם פאַר זיך, האָט ער ניט געוואוסט, וואָס פאַר אַ ווערטער צו געברויכן און בכלל וואָס ווייטער דאָ פירצונעמען. נאָר דאָ איז אים אַלטער אַליין צו הילף געקומען, און נישט וואַרטנדיק אויף משהס ווייטערע פראַגעס, האָט ער פּלוצים אַ זאָג געטאָן:

— כ׳בין געקומען דיר, משה, זאָגן: מאַך מיך חתונה.

דאָס איז געזאָגט געוואָרן מיט אַזאַ טאָן, אַזוי הויל און אויפריכטיק, ווי ↰ 346 ס׳זאָגט נאָר אָדער אַ דולער אָדער אַזאַ, וועלכער איז לאַנג אין קיין ישוב נישט געווען, וועלכער איז אָפּגעוואוינט און ווייסט ניט, וואו, וואָס און ווען מע מעג יאָ אָדער מע מעג ניט זאָגן, און אַליין דער אופן פון זאָגן איז אַזאַ, וואָס קאָן אויפרייסן אַן אויער.

אַלטערן איז דאָך ניט צו באַשולדיקן: דאָס איז ער דאָך טאַקע דער, וועלכער איז איצט ווי פון ערגעץ ווייט אַראָפּגעקומען. דאָס איז ער דאָך דער, וואָס האָט לאַנג מיט מענטשן און מיט מענטשלעכע מידות ניט צו טאָן געהאַט. ער האָט דערום געזאָגט, ווי מע זאָגט ניט אין קיין ישוב, געזאָגט, וואָס געמיינט, און געמיינט האָט ער: ער איז שוין גלייך מיט אַלע.

— האַ? — האָט משה ווי ניט איינגעהערט. ער האָט ווי ניט באַנומען, ווי זיינע אויערן ניט געגלייבט, און פון גרויס געפּלעפטקייט איז ער מער ניט אומשטאַנד געווען, ווי נאָר דאָס זעלבע נאָכאַמאָל איבערצוחזרן:

— האַ, וואָס האָט ער געזאָגט, אַלטער, וואָס האָט ער געוואָלט?

— ער האָט געוואָלט זאָגן, אַז ער איז שוין, ווי אַלע, אַז זיין וועלט איז אים אויפגעגאַנגען, אַז זיין צימער איז אים ענג, מ׳איז אים צום לעבן געקומען, און מע דאַרף זען עפּעס טאָן דערפאַר. און דאָס מיינט ער אים, משהן, ווייל ווי ער געדענקט, איז אַז זייער פאָטער איז געשטאָרבן, האָט ער אים פאַר זיין אָפּעקון געמאַכט, און ער איז דערום דער איינציקער מחויב, און דערום ווענדט ער זיך צו אים, ווי צום איינציקן.

פאַר משהן זיינען אַלטערס ווערטער געקומען אַזוי איבערראַשנד, אַזוי אומפאַרשטענדלעך, אַז ער האָט די ערשטע רגעס נישט געוואוסט, וואו ער געפינט זיך. ער האָט פאַר זיך די שיין נישט געזען, אויך נישט אַלטערן, און ווי ער איז אַזוי געשטאַנען פון זיין בענקל אויפגעשטעלט, אַזוי האָט ער זיך אויסגעדרייט און דאָס גענומען זוכן, כלומרשט אויף זיך ווידער אַנידערזעצן, ווייל די פיס האָבן אים ווי שלעכט געהאַלטן, און אויסדרייענדיק זיך, האָט ער עפּעס געמורמלט, ווי תמיד און ווי אַלעמאָל ער איז געוואוינט מיט אַלטערן:

— גיי, גיי, אַלטער, מירן זען עפּעס באַטראַכטן, — האָט ער דאָס מאָל נאָר צוגעגעבן.

אַלטער איז אַ וויילע געשטאַנען, דערנאָך אַוועק. צו משהס אויער האָבן כמעט די טריט פון זיינע שיך נישט דערגרייכט, — אַזוי צעטומלט, אַזוי פאַרלוירן איז ער געווען. ביז ער האָט שפּעטער צוריק זיין בענקל געפונען, ביז ער האָט זיך דערויף ווידער אַראָפּגעלאָזט, געבליבן זיצן, און ערשט דעמאָלט האָט ער געקאָנט נעמען אויף דער מחשבה דאָס, וואָס איז נאָר־וואָס פאַר אַ מינוט פאַר אים פאָרגעקומען, און מיט אַ באַפרייענדיקן זיפץ זיין ברוסט אויסלאָדן מיט די ווערטער:

— רבנו־של־עולם, וואָס געשעט דאָ?

↤ 347

XI
ערב קראַך

אין איינעם אַ שטאַרק־מראַקענדיקן און שפּעטן חשוון־אָוונט איז צו יענער צייט, וועגן וועלכער מיר דערציילן דאָ, צו איינער אַ שטאָטישער אכסניה אין N צוגעפאָרן אַ בויד, אַ שטאַרק־אויסגעווייקטע און דורכגענעצטע, מיט אַ פּאָר מידע פערד, פון וועלכע ס׳איז געגאַנגען אַ פּאַרע פון לאַנגן שלעפּן זיך, ווייזט אויס, אויף שלעכט־האַרבסטיקע וועגן און בלאָטעס. אַן עלנטער סטורקאַטש — אַ באַלעגאָלישער שיין־לאַמטערן — איז צו דער רעכטער זייט פון בויד צוגעפעסטיקט געווען, און אויך ער, דער לאַמטערן, ווי שוין לאַנג מאַט פון טשאַדענדיקן און נישטיקן לויכטן, האָט איצט, ביי זיין לעצטער רויכענדיקער נישטיקייט, געמאַכט זען, ווי פון אינעווייניקסט פון דער בויד זיינען אַרויס אַ פּאָר פון דער פרעמד אָנגעפאָרענע פּאַרשוינען.

דאָס זיינען געווען סרולי מיט לוזין, וואָס האָבן זיך איצט אומגעקערט נישט נאָר פון זייער לעצטער נסיעה קיין אומאַן — נאָר אויך פון נאָך איינער, וואָס זיי האָבן, ווייזט אויס, פירגענומען שוין נאָך אומאַן — אַהין, אין לוזיס שטעטעלע, וואָס ביי דער גרענעץ ערגעץ פאַררוקט, כדי פון זיין קליין ביסל באַלעבאַטישקייט דאָס, וואָס ס׳לאָזט זיך ניט אַרויספירן, מאַכן צו געלט, און דאָס איבעריקע, וואָס יאָ, און וואָס מע האָט אומעטום צום געברויך נייטיק, ווי בעטגעוואַנט און אַנדערע זאַכן — אַהער צו ברענגען.

יאָ, אַ סימן אַז אַזוי, ווייל געקומען איז איצט לוזי אָן אַן ערך פיל מער באַלאָדן און מיט פיל מער געפּעק, מיט וויפיל ער איז אין זיין לעצטער נסיעה אַוועקגעפאָרן. דער באַלעגאָלע האָט געהאַט היפּש אַרבעט די פּעק און קלומקעס אַריינצוטראָגן, און סרולי, וועלכער האָט אין דער אמתן צו זיי, צו די פּעק, קיין שייכות ניט געהאַט, ווייל מע האָט געזען, אַז ס׳איז נישט זיינע, אָבער אַרומגעגאַנגען אַרום זיי איז ער, ווי אַרום אייגענע: פריער נאָכגעקוקט, ווי אַזוי מע טראָגט זיי, נאָכדעם איבערגעציילט, וויפיל מע האָט אַריינגעטראָגן, זיי געהייסן אַוועקלייגן, ווי ס׳באַדאַרף צו זיין, כדי זיי ניט צו באַשמוצן און זיי זאָלן זיך ניט איבעריקס וואַלגערן. אויף דערויף אַלץ האָט אַכטונג געגעבן סרולי, ווייל לוזי אַליין, נישט געוואוינט און נישט באַרופן דערצו, איז אומבאַהאָלפן און דערצו נאָך, ווייזט אויס, שטאַרק מיד פון וועג.

די זעלבע אַרבעט מיט די פּעק און מיט די קלומקעס, און בכלל מיט לוזיס איינאָרדענונג, האָט סרולי געהאַט נאָך מער, ווי יענעם אָוונט, ערשט אויף ↰ 348 מאָרגן, ווען ער האָט מאָרגן גאַנצפרי, מיט דער הילף פון מעקלערס, לוזין אָפּגעזוכט אַ וואוינונג אין אַן אָרט, וואו זיי האָבן פריער, ווייזט אויס, צווישן זיך אָפּגערעדט. ערשט אַהין האָט מען זיך באַדאַרפט פריער איבערקלייבן, דערנאָך ערשט פיל צו טאָן האָבן מיט ווייסן, שמירן, ריין־וואַשן, און וואָס מע האָט געבראַכט פון זאַכן און מעבל אויסשטעלן, און וואָס ניט געבראַכט — דערקויפן. דאָס אַלץ האָט אויף זיך ווידער גענומען סרולי, און דאָס האָט ער אויך אויסגעפירט אויפן פעסטן באַלעבאַטישן אופן, גלייך ער וואָלט אַלעמאָל נאָר מיט אַזוינע זאַכן זיך באַשעפטיקט, און גלייך ווי איינאָרדענען מענטשן וואָלט ביי אים געווען אַ זאַך שוין פון לאַנגער רגילות.

באַזעצט האָט זיך לוזי נישט ווייט פון דער „קללה”. דאָס איז אַן אָרט, וואָס ניט אַנדערש, אַז אַן אַלטער, בייזער און קרענקלעכער נביא האָט דאָס פאַרשאָלטן אויף אומגליק און אויף אויסזען אַזוי, אַז ווער ס׳וועט אַהין אַמאָל אַריינקוקן, זאָל אים שוידערן, און ער זאָל לעבעדיקערהייט שוין דערפילן דעם טעם פון קבר.

דאָס איז אין דעם דריטן טייל שטאָט — אַ געוויס ביסל געסלעך; אייגנטלעך, נישט קיין געסלעך, נאָר אַ קליין, שמאָל דורכגענגל, וועדליק אויף איינעם אָדער צוויי מענטשן אין דער ברייט, האָט געטיילט צוויי קרומלעכע, אויף דריי פערטל חרובע שורות הייזער, וואָס אייניקע גאָר אָן אַ דאָך, נאָר מיט אַ ביסל אָרעמער, אָפּגענאַקעטער קראָקווע, און אַנדערע, כלומרשט, יאָ מיט אַ דאָך פון דראַניצע, אָבער — פון צייט, היץ און ווינט שטאַרק איבערגעטריקנטע — האָפן אויסגעזען שוין האַלב־פויל, האַלב־לאָך און מיט פאַרריסענע שטשערבאַטע וויידעלעך און עקן. די ווענט פון די הייזער — נאָר פון דאַרע ברעטלעך, נישט געשטוקאַטורט און צעשפּאָלטן, אַנדערע, וואָס יאָ שטוקאַטורט, ליימיק־אָנגעדראָלענע, ווי מעוברת, מיט קרומלעכע טירן און זאַוויסעס, מיט פענצטער נישט אויפן אָרט און אָן שויבן, נאָר מיט שמאַטעס אָדער מיט עפּעס אַנדערש פאַרשטעקט. וואַסער אין יענע הייזער — אַ זעלטענער גאַסט: נישט געוואַשן די הייזער, און נישט אויך די, וואָס האָבן געוואוינט אין זיי, און דערפאַר אַ שטויב, אַ קויט און שמוץ פון דור־דורות אויף די ווענט, אויף די איינציקע שויבן פון די איינציקע פענצטער, וועלכע האָבן שוין נישט געדינט אויף שיין, מחמת זי, די שיין, איז אין יענע געסלעך בכלל נישט געווען בנמצא, נאָר אַ דערמאָנונג אויף שטענדיקן פינצטער און אויף אייביקער פאַרוואָגלטקייט און פאַרוואָרלאָזטקייט פון יענע הייזער.

אַן עולם האָט דאָרט געוואוינט — אַ לעצט־סאָרטיקער: קאַליקעס, וואָס זייערע קרענק און פעלערן איז זייער פּרנסה, ווייל מיט זיי, מיט אָט די פעלערן און קרענק, איז ווער ס׳האָט נאָר געהאַט פיס, האָט זיך איבערן שטאָט און איבער די הייזער אַרומגעשלעפּט. מערסטנטייל אָבער האָבן שוין דאָרט געוואוינט אַזוינע, וואָס האָבן אויך דאָס ניט געקאָנט, און אויף וועמענס אויסהאַלט ↰ 349 יענע, די נישט קאָנענדיקע, האָבן זיך דורכגעלעבט, ווייסן זיי נאָר אַליין, נאָר איין גאָט און אפשר אויך יענער נביא, וואָס האָט זיי פאַרשאָלטן.

מאָל דיר, אַזאַ אויסהאַלט איז דאָס טאַקע געווען! לעצט־שמוציקע קישעלעך אויף ליגן אויף זיי אין דרויסן אום זומער, און ווינטער — ווער ווייסט, וואו און אויף וואָס? ווייל ווער האָט אַהין דען אַריינגעקוקט, — סיידן נאָר דער מלאך־המות, וואָס איז שוין דאָרט גאָר־גאָר און צו אַן אָפטער גאַסט געווען, ווען אין שטאָט זיינען אַפילו קיינע שלאַפקייטן נישט אַרומגעגאַנגען, בפרט ווען יאָ, האָט ער ניט אויפגעהערט אין יענע קויטיקע און מיט שמאַטע־פאַרשטעקטע שויבן אַריינצוקוקן, און נאָך יעדן קוק זיינעם האָט זיך שוין דאָרט נישט איינער געגרייט אין וועג אַריין — היינט־מאָרגן אויפן בית־עולם...

פון דאָרט אויך — פון דער „קללה” — היפּש קאַנדידאַטן אין הקדש און אין ביקור־חולים — סיי אַלטע, סיי יונגע, וואָס האָבן קיינמאָל ניט דערלעבט אַלט צו ווערן, ווייל שוין פון קליינערהייט פאַראורטיילטע: צוגעשלאָגענע, האַלב־קריפּלס, האַלב־משוגעים, קינדער זיינען דאָרט געבוירן אָדער דערויף, אַז גלייך קליינערהייט, ווען זיי שטאַרבן נאָך פּיצעלעך, זאָל זיי משה־מאָטיע דער נושא־מטהניק אַרויסטראָגן אין די פּאָלעס, ווי מע טראָגט אַ קאַווענע אין פּאָלע, ווען מע האָט קיין קוישל ניט; אָדער — ווען עלטער אַ ביסל — זאָל זיי דאָס מת־וועגעלע פאַרנעמען, אי דאָס אויך ניט איינציקווייז, נאָר עטלעכע מיטאַמאָל, ווייל מתים, בפרט קינדער, זיינען דאָרט געווען געוויינטלעכער ווי ברויט.

דאָרט האָבן ווען־ניט־ווען און וואו־ניט־וואו געוואוינט אויך לעצט־סאָרטיקע באַלמעלאָכעס, וואָס די איינציקע סיבה, פאַרוואָס זיי וואוינען דאָרט, איז געווען די, ווייל וואו דען אַנדערש זאָלן זיי וואוינען? אַז קיין אַרבעט ניט, קיין מלאכה און קיין געצייג — אויך ניט, און ערגעץ אַנדערש מוז מען דאָך צום אַלעמערשטן צאָלן דירה־געלט, און דאָ איז אָפט ניט געווען דער באַלעבאָס, דער מאָנער, סיידן ווידער דער נביא, וואָס האָט יענס אָרט פאַרשאָלטן.

אָט דאָרט, נישט ווייט פון יענע געסלעך, האָט סרולי געפונען אַ הייזל פאַר לוזין, וואו אַ באַלעבאָסטע — אַן אַלטע, עלנטע יידענע — האָט זיך אונטערגענומען מאַכן ריי, קאָכן, וואַשן, ראַמען פאַר לוזין, און וואו דאָס שטיבעלע וואָס איז באַשטאַנען פון אַ פּאָר צימערלעך מיט אַ פאָרהייזל און קיכל, האָט, זינט לוזי איז אַהין אַריין, פאַר אַ שטיקל אָנשטענדיקן אויסזען באַקומען. אויסערלעך ניט גאָר רייך, ווייל ס׳איז געשטאַנען, ווי אַלע אין יענעם שטאָט־טייל, אין בלאָטע, און ביינאַכט, נאַטירלעך, ניט באַלויכטן, אָבער אינערלעך, ווי ווייט מעגלעך אין יענע סאָרטן באַדינגונגען, געמיטלעך.

מ׳דאַרף דאָ גלייך צוגעבן, אַז לוזיס שטיבעלע איז, ווי נאָר ער האָט זיך דאָרט באַזעצט, גלייך געוואָרן אַ מין זאַמלפּונקט, פאַר אַלעמען, פאַר לוזיס אייגענע, ד. ה. פאַר די לייט פון זיין סעקטע. ווייל אַזוי ווי דאָס אָרט איז ↰ 350 געווען שטאַרק ווייט פון שטאָט און אין זייער שול אַריין, און אַזוי ווי אויך די צייט אַ האַרבסטיקע, מיט רעגנס און מיט בלאָטעס, און אַזוי ווי די מערסט זייעריקע זיינען דאָך דער עיקר אויך געווען, מחמת אָרעמקייט, דאָרטיקע איינוואוינער, איז דערום האָט אָפט לוזיס וואוינונג געדינט אַלס דאָס אָרט, וואוהין מע פלעגט זיך אַ פאַרנאַכט אַריינכאַפּן אויף אַ מנחה־מעריב, און דערנאָך שוין אויך, ביי אַ גלעזל טיי און האַלב־געמיינער וועטשערע, צוזאַמען דעם גאַנצן אָוונט צו פאַרברענגען אין סעקטאַנטישע שמועסן, אין מעשיות זיך דערציילן און זיך אויסהערן און אין איינס פאַרן אַנדערן די הערצער אויסרעדן.

און נישט נאָר די סעקטע. וואָס אַ טאָג האָט לוזיס וואוינונג אַלץ מער אָנגעהויבן באַוואוסט ווערן אויך צווישן אַנדערע פרום־גלייביקע. ס׳האָבן אָפט זיך שוין אָנגעהויבן אַריינרוקן און אַריינשטעלן אויך פרעמדע יונגעלייטלעך פון אַנדערע סעקטעס, פאַר וועלכע די פרומקייט פון זייערע אייגענע האָט זיי, ווייזט אויס, נישט גענוגט, און ס׳האָט זיי אַלעמאָל געצויגן אַהין, וואָס, ווי זיי האָט געדאַכט, האָט זיך דאָרט פון זיי פיל מער געפאָדערט; בפרט איצט, אַהער, צו לוזין, וואָס, ווי זיי האָבן געהערט, איז מיט אים אַזאַ מאָדנע זאַך געשען, — האָט דאָס זיי אַוודאי גערייצט, און בגנבה פון עלטערן, פון שווער־און־שוויגער, פון פריינט און חברים, האָבן זיי אין אַ פאַרנאַכט, צווישן טאָג און נאַכט־טונקלקייט, אַמאָל צום שטיבעלע זיך צוגעשלאָגן, און מיט גרויס פאָרזיכט און געהיימלעכקייט, ווי ווען מע גנבעט זיך אין אַן אָרט פון זיסער זינד און בערה, אַהין די שוועל אַריבערגעטראָטן.

ס׳האָבן זיך פּאַמעלעך גענומען ציען אויך זייטיקע פּאַרשוינען פון יענעם שטאָט־טייל, — מענטשן, וואָס האָבן צו אַזוינע זאַכן, ווי צו חילוקי־דעות צווישן סעקטע און סעקטע, קיין שייכות און קיין אינטערעס ניט. נאָר גלאַט אַזוי, ווי צו אַ שטוב, וואָס איז שטענדיק אָפן און וואָס אַז מע קומט אַהין אַריין, ווייזט מען קיינעם קיינמאָל די טיר ניט אויף צוריק, — איז פאַרוואָס אַמאָל ניט אַריינגיין, אַ קוק טאָן; בפרט, אַז ווען פון צייט צו צייט האָבן זיך אויך פון דאָרט אין די אויפדערנאַכטן אַרויסגעהערט נישט געוואוינטע פאַר יענע ערטער שטאַרק היציקע געזאַנגען, און דורך די קליינע פענצטער איז באַשטענדיק צו זען געווען אַ צוזאַמענגעדריקטע עדה, אַמאָל ביים טיש זיצנדיקע, אַמאָל אַ שטייענדיקע, און הייס, ביי אַ צעוואַרעמטן שמועס זיך אונטערצוהאַלטן, — איז פאַרוואָס זאָל אויך אַ זייטיקער מענטש אַמאָל די טיר ניט עפענען, און אַפילו אָן אַ גוטן־אָוונט, וואָס מע האָט קיינער פון אים ניט געפאָדערט, צו יענער עדה זיך ניט פאַראייניקן און צו אירע שמועסן אַן אויער ניט צולייגן?

לוזיס שטיבעלע איז שוין, וואָס ווייטער, אַזוי ווייט אויסגעטיילט און באַוואוסט געוואָרן, אַז אַפילו די קאַליקע לייט פון דער „קללה” האָבן זיך טעמפּ, אומגעלומפּערט און אויף קיינעמס ניט רוף, צו דעם גענומען ציען. ס׳האָט זיי קיינער, נאַטירלעך, ניט געבעטן, נאָר אין אַ מיטן בייטאָג, אַ מיטן פאַרנאַכט ↰ 351 אַמאָל, האָט מען געקאָנט זען איינעם אַזאַ פּאַרשוין, ביי וועמען פיס און שכל האָבן נאָך געקלעקט — אַהין, צו יענער שטוב, זיך רוקן.

ווי אָט, למשל, פּושקע מיט די צען צענערס... אַ פּאַרשוין מיט פיל שמאַטעס און מיט אַלט־צעפוילטע און צעטריפּלטע וואַטאָווע בגדים, וואָס ער טוט זיי קיינמאָל ניט אויס, ניט זומער, ניט ווינטער, און אַ געשטאַנק גייט שוין פון זיי אויף מיילן; דערצו נאָך האָט ער אַלע פינגער פון די הענט מיט פיל צינערנע און בלייערנע פינגערלעך באַזעצט, וואָס, פון קיינמאָל זיי ניט אַראָפּנעמען, זיינען זיי אים שטאַרק אין פלייש אַריינגעוואַקסן און די גאַנצע הענט זעען אים אויס שטאַרק אויפגעטראָגן און ברוין און בלוי געדראָלן. ער רעדט קיינמאָל, רוקט זיך, ווי אַ טשערעפּאַכע, מיטן גאַנצן בגדים־פּאַק און טראַנטעס, און, מחמת איבערגעלאָדנקייט, מוז ער מערסטנטיילס שטיין אָדער זיצן. איז אָט, אויך ער, פּושקע, האָט זיך אַהין גענומען רוקן — נישט אויף אַריינגיין, נאָר גלאַט אַזוי — אַמאָל ביי דער נאַכטיקער לאָמפּ־שיין, וואָס האָט פון דאָרט אַרויסגעקוקט, צו שטיין און גליווערן, אָדער אַן אַנדערשמאָל אַ מין טויבלעכן אויער און געהער צו אַ געזאַנג, וואָס קומט פון דאָרט, צולייגן.

אָדער אָט אַ צווייטער: „מיטוואָך”... אויך אַזאַ, ווי יענער. עפּעס אַן אונטערגעוואָרפענער, אָן טאַטע־מאַמע, וועלכער האָט זיך דאָ, אין דער „קללה”, דערצויגן, און וואָס גערופן האָט מען אים אַזוי, ווייל געפונען האָט מען אים אום מיטוואָך, און קיין בעסערן נאָמען האָט מען פאַר אים ניט געקאָנט אויסטראַכטן... איינס אַן אויג ביי אים איז, ווי אַן עפּל די גרייס — גלאָזיק און פון אויגן־לאָך אַרויס, און דאָס צווייטע, דאָס נאַטירלעכע, קוקט טאַמעוואַטע, זיס און שמייכלט, און צוזאַמען מיט אָט די ביידע אויגן איז מיטוואָך — מיטוואָך: אַ גולם, וואָס אַז דאָס נאַטירלעכע אויג שמייכלט ביי אים, צעגיסט זיך דער שמייכל אויף יענער פּאַק פון יענעם אויג, ווי אַ טייכל פון אַ באַרג־אַראָפּ. ער האָט גאָרניט, אויסער אפשר אַ העמד אויפן לייב, אַ ביסל גולמישע גוטסקייט אויף די ליפּן, און אַ קליין ביסל לשון און שכל, נאָר וועדליק אויף צו ענטפערן, ווען מע פרעגט אים: „ווער ביסטו?” — „מיטוואָך בין איך, מיטוואָך הייס איך, ווייל מיטוואָך האָט מען מיך געפונען”... און אָט, האָט עס אויך אַזאַ פּאַרשוין, דער גוטעריאָר ווייסט ווי אַזוי, אַהער, אין שטיבעלע, אָנגעטראָגן. ער איז געקומען, זיך אַוועקגעשטעלט, מיטן איין אויג ליבלעך און ווי אַ מין פיש זיך צעשמייכלט, ווייל ס׳איז אים, ווייזט אויס, דאָ גוט געווען און געפעלן, היינט פאַר וואָס זאָל מען אים אַרויסטרייבן?...

מיט איין וואָרט, לוזיס שטיבעלע איז געוואָרן יענער צוציאונגס־פּונקט, פון וועלכן יונגעלייט האָבן זיך געשושקעט און באַהאַלטענערהייט אַהין זיך געגנבעט; עלטערע האָבן געמורמלט און די יונגעלייט פון דעם געוואָרנט, און גאָר אַלטע האָבן געברומט און זיך געבייזערט, און דאָס שטיבעלע שוין מיט די ערגסטע נעמען אָנגערופן, ווי „טומאה” און „תיפלה”, און צווישן זיך זיך ↰ 352 גע׳עצהט, ווי אַזוי און מיט וואָס פאַראַ מיטלען פון דעם אייגנטימער פון יענעם שטיבעלע זיך אָפּצושלאָגן.

ס׳האָט שוין געהאַלטן דערביי, אַז שטאָט האָט זיך אָנגעהויבן ערנסט מיט דעם צו פירנעמען, ווייל כאָטש דאָס שטיבעלע איז אַזוי ווייט געווען, כאָטש אַזוי אָפּגעשיידט, וואָס אַז מע וויל, איז וועמען גייט עס אָן און וועמען אַרט עס, דאָך האָבן זיך שוין געפונען אַזוינע, וואָס איז זיי זייער און זייער אָנגעגאַנגען און איז זיי שוין געלעגן טיף־טיף אין די געדערים. ס׳האָט שוין געהאַלטן אויך דערביי, אַז געוויסע פרומע לייט האָבן זיך שטילערהייט פאַרזאַמלט, כדי פאָרויס צווישן זיך אָפּצורעדן, אַז איידער מע נעמט עפּעס פיר קעגן יענעם, קעגן לוזין, זאָל מען זיך פריער ווענדן צו משה מאַשבער, צו לוזיס ברודער, ווייל אַזוי ווי יענער איז פאָרט אַ חשוב און אַ ברודער פון אַ חשוב, האָבן זיי געוואָלט אויך זיין ברודערס מיינונג אויסהערן. זיי זיינען געקומען זיך עצהן, אפשר האָט ער עפּעס אַנדערש פאָרצולייגן, אפשר אַנדערע מיטלען, און נישט נאָר די, וועלכע זיי האָבן אַליין גערעכנט, ד. ה. נישט נאָר שטרענגע.

אַ סברה, אַז אַ גאַנצע עדה באַוואוסטע לייט האָבן זיך אין איינעם אַן אויפדערנאַכט טאַקע צו משה מאַשבער אין שטוב אַריינגעשטעלט און וועגן דעם אַ גאַנצן אָוונט אי אויפגערעגט אי אויסערלעך אויפגעהאַלטן גערעדט, געטענהט און גענוי די זאַך באַהאַנדלט. אַלע האָבן זיך געהיצט, אָבער משה מאַשבער אַליין האָט זיי שוואַך אויסגעהערט, ווייל ער איז מיט עפּעס אַנדערש געווען פאַרנומען און די זאַך איז אים אין קאָפּ ניט געקראָכן, און אינגאַנצן ער צו יענער צייט — צעשטרייט, דערשלאָגן און ווי גאָר נישט אויף דעם עולם.

* *
*

ווייל ס׳האָט שוין דעמאָלט געהאַלטן שלעכט ביי משה מאַשבער: די געשעפטן באַרג־אַראָפּ, און צרות, אומגליקן — באַרג־אַרויף.

דערצו נאָך איז אים די יינגערע טאָכטער, נחמהקע, ניט אויף קאַטאָוועס קראַנק געוואָרן. מע ווייסט ניט, צי ס׳איז איר געקומען פון שטילן ערגערן זיך פון איר פאָטערס לאַגע און פון איר מאַן, נחום לענטשער, וועלכער האָט זי שטילערהייט געריזעט, צי פון אַ צוקילעכטס, צי אפשר גאָר פון אַ באַהאַלטענער ירושה, וואָס האָט אין איר געטליעט. ווי ס׳זאָל ניט זיין, נאָר ס׳איז איר וואָס אַמאָל ערגער געוואָרן: די באַקן — וואָס אַמאָל בלאַסער, ס׳האָט זי אָפט געטרייסלט, און זי איז שוין פון דער שאַל ניט אַרויס פון אויפשטיין ביזן לייגן זיך, און די לעצטע צייט, צו האַרבסט צו, האָט זי, מחמת די שלעכטע וועטערן, זיך שוין גאָר אין בעט אַוועקגעלייגט: די פיס זיינען איר געוואָרן געשוואָלן... דאָקטוירים האָבן געזאָגט, אַז זי דאַרף זומער, אָבער וואו נעמט מען אים איצט, ערשט אָנהייב האַרבסט? זיי האָבן אויך געזאָגט „וואַרעמע ↰ 353 לענדער”, אָבער דאָס האָט מען שוין דעמאָלט גאָר נישט פאַרשטאַנען, און ווען אַפילו יאָ, איז די צייט ניט געווען אַזאַ, מע זאָל אַזוינס גאָר אויפן זינען קאָנען נעמען.

איז אָט, אָט די נחמהקעס קרענק האָט שוין משה מאַשבער נאָר צום איבעריקן געפּלעפט. ער האָט דערפילט: אַ שווערע האַנט לאָזט זיך אויף אים אַראָפּ, וואָס ווער ווייסט, ביז וואָס פאַר אַ נידעריקייט זי וועט אים אַראָפּבייגן: און אָפט, ווען ער פלעגט אַהיים קומען און אַריינגיין צו דער טאָכטער געוואויר ווערן, האָט ער אויף איר נאָר געקוקט און קיין וואָרט ניט געזאָגט, און אָנקוקנדיק זיך איינס דאָס אַנדערע, האָבן פאָטער און טאָכטער אין די אויגן בשותפותע טרערן געהאַט, און נאָר מחמת געטריישאַפט האָבן זיי זיך איינס פאַרן אַנדערן ניט געוואָלט אויסגעבן. זי, נחמהקע, האָט זיי, אויפן בעט ליגנדיק, באַהאַלטענערהייט געווישט, און ער — אין אַ שטוב־ווינקל ערגעץ אָפּגייענדיק.

ווייל יאָ, אַ טרער לאָזן איז געווען אויף וואָס: נחום לענטשער, משהס איידעם, איז שוין דעמאָלט אין שטוב, וואו דאָס ווייב איז אים געלעגן, ווי אַ האַלבער וואָלף אַרומגעגאַנגען, ציגאַרן גערייכערט, און שוין צו אָפט אויף די ניט־דעררייכערטע העלפטן אין אַ ווינקל איבערן שפּיי־קעסטל געשפּיגן. ער איז געווען אויפגערעגט דערפון, פון וואָס ער האָט אפשר געהאַט אַ גרונט צו זיין אויפגערעגט, אָבער מער אויפגערעגט דערפון, וואָס איצט האָט ער זיך ניט געהאַט פאַר וועמען אויסצורעדן און וועמען צו ריזען. ווייל דאָס האָט ער פאַרשטאַנען, אַז איצט איז קיין צייט ניט דערויף, און וועגן אַזוינע זאַכן איצט מיט נחמהקען געשפּרעכן צו פאַרפירן איז אַ פאַרברעכן. ער האָט געשוויגן, אָבער דער שווער האָט דאָס צוגעזען, און אויך זי, נחמהקע, און פון זיין שווייגן איז קיינעם ניט גרינגער געוואָרן, און בעסער, — האָט מען זיך געטראַכט, — וואָלט ער שוין דווקא יאָ גערעדט.

דערצו נאָך האָט אין שטוב דעמאָלט געטראָפן איינע אַ זאַך, וואָס האָט אַלעמען, אַפילו נחומען, שטאַרק דערשלאָגן און האָט געווירקט, ווי אַ פּלוצימדיקער אומגעריכטער קלונג אַמאָל נאָענט ביי אַן אויער, וואָס מאַכט אַ מענטשן פון אָרט זיך אויפרייסן און אויפשוידערן.

ס׳האָט זיך איינמאָל אַן אויפדערנאַכט באַוויזן ביי משה מאַשבער אין הויז שמואליקל דער שלעגער. די שטאָט האָט אים געקענט. אַ פּאַרשוין פון מיטעלן וואוקס, קוואַדראַט געבויט, מיט עטוואָס אויפגעהויבענע, גלייכע אַקסלען. זיין פּנים, איבער איינעם אַ בעלמעוואַטע אויג, אַ ביסל בלאַסלעך, אָבער האָר אין דער באָרד האָבן אים געשמעקט שטייפע, פון אַ טונקל־געלבלעכן קאָליר, און דאָס איינע אויג און די שטייפע באָרד אַליין זיינען שוין גענוג געווען, ער זאָל, אויף וועמען ער האָט באַדאַרפט, אַ פּחד אָנוואַרפן, און אַז פאַר זיינע דאַרע, טרוקענע הענט, ווי ברעטער, זאָל אַ גאַנצע שטאָט ציטערן. דער עיקרשט — באַהעלפערס, דרדקי מלמדים, אַמאָל אויך באַלמעלאָכעס, וואָס איינער אויף ↰ 354 דעם אַנדערן פלעגט אים אָפּדינגען, ער זאָל אָנלערנען און אין די ביינער אָנלייגן. ס׳איז גענוג געווען איינער אַ פּאַטש שמואליקלס, אַז פון יענעמס פּנים זאָל אים אַנטקעגן גיין אַ רויטע יושקע מיט היפּש אויסגעזעצטע ציין, און אָפט אויך — אַז דאָס גאַנצע פּנים זאָל ווערן איין פאַרלאָפן פּלעצל.

ער איז אַליין אויך אַמאָל געווען אַ באַהעלפער, אָבער פון דער באַהעלפערשער פּרנסה האָט ער ניט געקאָנט אַזויפיל אויסשלאָגן, וויפיל פון געשלעגעריי. אין שטאָט איז דאָס מין געווען אָנגענומען. אין עקסטע פאַלן האָט מען זיך אַמאָל אויסגענוצט מיט עקסטע מיטלען. שמואליקל האָט יינגלווייז אויך געהאַט געהערט צו דער שטאָטישער חברה קייסארים־גאַלאַנטאָנעס, וועלכע האָט געלעבט פון ליידיק אומגיין, פון לאָזן טויבן, פון שלאָגן זיך צווישן אַנאַנדער, פון דעם, וואָס פאַרפירטע מיידלעך האָבן זיי אויסגעהאַלטן, און אויך דערפון, וואָס באַלעבאַטישע קינדער זיינען פון זיי באַשטייערט געוואָרן מיט ווער וויפיל ס׳קאָן צאָלן, לויט זיין טאַטנס מעגלעכקייטן. אָבער איצט, ווען שוין נישט יונג (שוין ביי די פערציק געוויס), האָט ער מער מיט קיין יינגלשע זאַכן ניט צו טאָן געהאַט, זיינע אונטערנעמונגען — ערגסטע. און נאָר פון ערנסט און פון קלעפּ האָט ער זיין באַצאָלטס באַקומען און נישקשה פון פּרנסה געצויגן. מ׳האָט אים געקלעקט אויף אַ גוטן טרונק, איידער ער איז געגאַנגען אויף די קלעפּ, אויך נאָך דעם, ווי ער האָט די קלעפּ שוין אָפּגעגעבן, און אויך אינמיטן — אויף ניט שלעכט צובייסן.

דאָס מאָל האָט אים געשיקט און געדונגען איינער אַ פּראָצענטניק, אַ ייד „קעצעלע”. אַ קליינס. וואָס מע האָט דאָס פּנים פון דער באָרד ניט אַרויסגעזען און וואָס האָט געטראָגן, זינט די וועלט געדענקט אים, איינעם נאָר אַ האַלב־אָפּגעריבענעם, האַלב־ווינטערדיקן מאַנטל אָן קנעפּ, און אין די פרעסט און בעת ווינטן האָט אים שטאַרק אַריינגעבלאָזן, און ער פלעגט זיך האַלטן ביי די פּאַרקנס, די פּאַרקנס זאָלן אים פאַר דער קעלט פאַרשטעלן.

אַ ווילד־קאַרגער, כאָטש מיט אַן אייגענער שטוב און מיט אַ גרויסן פרוכט־גאָרטן לעבן דער לעוואַדע, אָבער די שטוב איז שטענדיק געווען פאַרדונגען צו פרעמדע, און ער אַליין האָט צוריק אָפּגעדונגען ביי זיי, ביי די פרעמדע, ביי די שכנים זיינע, אַ קליין פּיצל צימערל, ווייל מער דאַרף ער ניט: קיין ווייב — ניט, קיין קינדער — אויך ניט, אָדער אפשר יאָ, איז ער זיך מיט זיי צעגאַנגען, האָט ער זיך פון זיי אָפּגעזאָגט, כדי ער זאָל זיי פאַרשפּאָרן שפּייזן, און ער אַליין האָט זיך געשפּייזט דערפון, וואָס ער פלעגט ביי אַ שכנה זיינער אַמאָל זיך איינבעטן און איר געבן צושטייער — צו אַ וואָכעדיקן מאָלצייט נאָר אַ שיבוש, צו אַ שבתדיקן — עטוואָס מער, און מער האָט ער גאָרנישט ניט באַדאַרפט, און דאָס איבעריקע, ווי האָלץ, גאַז און אַנדערע קלייניקייטן, האָט ער אָפט, ווען קיינער האָט ניט געזען, ביי די אייגענע שכנים געגנבעט.

האָבן, האָט מען געזאָגט, האָט ער געהאַט זיינע אייגענע ק״ן אַלפים, נאָך ↰ 355 מיט אַ מאַסע זילבערנע כלים און גאָלד דערצו. דאָס אַלץ — משכנות, וואָס מע האָט ביי אים פאַרזעצט, און ווען מע האָט אים דאָס געלט ניט אָפּגעגעבן, זיינען די כלים פאַרבליבן ביי אים — פאַרבאַהאַלטן צווישן קויטיקן וועש, אַז קיינער זאָל אַהין ניט אַריינקוקן, אַז קיינעם זאָל זיך אַהין ניט גלוסטן אַ האַנט אַריינשטעקן, ווייל „קעצעלעס” קויטיקס איז שוין געווען אַזוינס, וואָס מיט אַ מייל דערפון האָט מיט חלשות געשלאָגן און מעוברתע ווייבער האָבן דערפון געקאָנט מפּיל זיין.

דער סוף איז געווען, אַז עס האָבן אים דערוואַרגן אַ קאָמפּאַניע קריסטלעכע לייט, וואָס האָבן ביי אים כסדר אָפּגעדונגען דעם סאָד, און ביי וועלכע ער פלעגט, אויסער דעם געצאָלטס פאַרן סאָד, אַמאָל אַריינכאַפּן אויך אַ געשאַנק, ווי אַ פויל עפּעלע, אַ פוילע פלוים אַ ווערעמדיקע, און דערפון טאַקע האָט ער אַ שטיק צייט אַרום סוף זומער אָפּגעלעבט. ביים וואַרגן, זאָגט מען, האָבן די לייט קיין איבעריקע מי ניט געהאַט, ווייל ער — אַ קליינינקער, אַ שטענדיק ניט דערעסענער — איז וואָס קלעקט ער פאַר אַזוינע? האָט ער זיך גאָר אַ קליינעם וואָרף געטאָן און האָט גלייך די נשמה אָפּגעגעבן מיט פּראָצענט — מיט אַ פּיצעלע פּישטש דורכן מויל און מיט אַ קול דורך נאָך ערגעץ, און ביי דעם זיינען אויך יענע, די וואַרגער, טאַקע געבליבן... ווייל צו די כלים, וואָס צווישן שמאַטעס און קויטיקן, זיינען זיי ניט דערגאַנגען, מחמת זיי האָבן זיך ניט געריכט דערויף, אַז אין אַזאַ מיאוסקייט זאָל זיך געפינען אַזאַ גוטס. און געלט מזומן איז ביי אים אויך ניט געווען, אויסער גאָר וועקסלען אויף גרויסע בטוחים, וואָס נאָר ביי זיי האָט ער זיינע אפּיתיקות געהאַט און געהאַלטן.

משה מאַשבער איז געווען איינער פון זיינע בעלי־חובות. אַז „קעצעלע” האָט דערהערט, אַז אין שטאָט און צווישן די זייניקע — אויך אַזוינע „קעצעלעך” — טראָגן זיך און גייען אום משונה קלאַנגען וועגן משה מאַשבער, האָט ער צוערשט ניט געגלייבט, ווייל ער איז אָפט געקומען מיטן האַלב־אָפּגעריסענעם מאַנטל אין קאָנטאָר געוואויר ווערן, און געזען, אַז גאָרניט, אַז די קאָנטאָר איז קאָנטאָר אָבער וואָס ווייטער, אַז די קלאַנגען האָבן אַלץ ניט אויפגעהערט, איז כאָטש דער זמן פון זיינע וועקסלען איז נאָך ניט געהאַט אויסגעגאַנגען, אַזוי אַז קיין געלט איז אים אין דער אמתן נאָך ניט געקומען, דאָך האָט אים שוין גענומען אין קליינעם קויטיקן בייכל צו ריזען, און — צי די פוילע עפּעלעך האָבן אים פאַרשאַדט, צי מחמת דער געדאַנק פון אָנצואווערן אַזאַ אַפּיתיקא, אַזאַ הרודע גאָלד האָט אים ניט געלאָזט רוען, נאָר צו יענער צייט איז ער שוין אין די ביינאַכטן נישט געשלאָפן, איז אַלעמאָל אַרויס אין דרויסן און זיך געשטעלט צום פּאַרקן אויף אַ נייטיקער קלייניקייט, און בשעת־מעשה האָט ער די אויגן צום הימל פאַרהויבן, צו די הימלישע שטערן־מזומנים, וואָס זיינען אַזוי קוראַנט, וואָס קיינער קאָן צו זיי ניט דערלאַנגען, און וואָס זעלטן־זעלטן נאָר פאַלט פון זיי אַראָפּ ווען איינער... ער האָט ניט געקאָנט שלאָפן, ↰ 356 געזוכט עצות ווי אַזוי דעם זמן פון משה מאַשבערס וועקסלען צו דערנעענטערן, כדי ער זאָל אַרויס פונעם חוב צו דער צייט און בשלום. ער האָט אָבער גאָרניט געקאָנט צוטראַכטן, אויסער דאָס, וואָס ער טוט כסדר אין אַזוינע פאַלן מיט קלענערע בעלי־חובות, מיט ווייניקער חשיבות ווי דער איצט, ווי משה מאַשבער — ער שיקט שמואליקלען...

מערקווירדיק, ווי אָט דאָס „קעצעלע”, ווי אָט דאָס קליינע פּאַרשוינדל מיטן הייזעריק־ריפּענדיקן קולכל, ווי ווען מע שפּילט אויף אַ קעמל; דער, וועמען ס׳פעלן כסדר די קנעפּלעך צום בורנעס אַפילו אום ווינטער, און ער טראָגט אַ שטריקל אָנשטאָט קנעפּ, עלעהיי אַן אָרעם טרעגערל, און כדי דער ווינט זאָל אים ניט אַוועקטראָגן, האַלט ער זיך כסדר ביי אַ פּאַרקן, — מערקווירדיק, ווי אָט דאָס פּאַרשוינדל האָט זיך גאָר מיט אַזאַ, ווי שמואליקל, געפּאָרט, ווי אַזוי ער האָט אים גאָר אָפּגעזוכט, ווי געפונען, און ווי אַזוי ער האָט מיט יענעם וועגן אַזוינע זאַכן זיך גאָר געקאָנט צונויפרעדן.

אמת, ער פלעגט אויך שמואליקלען יעדעס מאָל וועלן אָפּנאַרן און ביי אים האַנדלען אַ מציאה: ער וועט אים באַצאָלן, הייסט עס, דערנאָך, ווען יענער וועט זיין שליחות אויספילן. אָבער שמואליקל איז ניט אַזאַ, וואָס לאָזט זיך. ער איז האַרב, האָט געוואוסט זיין ווערט, און יעדעס מאָל פלעגט ער איינעם און דעם זעלבן תנאי נאָר אויסנעמען: אַ טרונק פאַרפריער, אַ טרונק דערנאָכדעם, און כך וכך *) פאַר דער מלאכה — פאַרן שלאָגן, הייסט עס. דערפאַר אָבער, אַז „קעצעלע” איז שוין אויף שמואליקלס באַדינגונגען איינגעגאַנגען, פלעגט ער צו שמואליקלען גאָר נאָענט צוטרעטן, אים צו זיין אויער, ווי אויף אַ לייטער, זיך אַרויפדראַפּען און אַריינזאָגן אַהין:

— איז געדענק זשע, שמואליקל: די נשמה! די זעל! די קישקעס פון זיי! מיין געלט, רוצחים! ס׳איז פאַרהאָרעוועטס, ביטער פאַרהאָרעוועטס... נישט דערגעסן, נישט דערשלאָפן... די נשמה פון זיי!...

דאָס מאָל אָבער, אַז „קעצעלע” האָט זיך מיט שמואליקלען וועגן משה מאַשבער צונויפגערעדט, האָט ער אים אַזוי געזאָגט:

— איז געדענק זשע, שמואליקל, וואוהין דו גייסט! געדענק, מיט וועמען דו האָסט צו טאָן: נישט אָנרירן, קיין האַנט נישט אויפהייבן, סיידן אפשר נאָר אויף אין טיש אַ קלאַפּ טאָן. ווייל אין דער אמתן קומט מיר נאָך קיין געלט, ס׳איז נאָך דער זמן נישט אויסגעגאַנגען, נאָר אָנשרעקן דאַרף מען. מע זאָל זיך עס נישט האַלטן פאַר גרינג און מע זאָל זען, ווער ס׳וועט זיין אויף מיין צד, ווען איך וועל שוין טאַקע באמת דאַרפן, און ווען ס׳וועט די ריכטיקע נויט זיין דערצו.

*) אַזויפיל און אַזויפיל.

אויך שמואליקלען אַליין איז דאָס מאָל דאָס שליחות ווייט ניט אָנגענעם ↰ 357 און אַפילו פּריקרע געווען. ס׳איז אים קיינמאָל נישט אויסגעקומען אין אַזוינע חשוב־געהויבענע הייזער געשיקט צו ווערן. דערצו נאָך איז ער קיין איבעריקער בעל־דברן נישט געווען, און זיין גאַנצער כוח איז דאָך באַשטאַנען דער עיקר נאָר אין זיין פויסט, וואָס מיט אַ זיין גלייכן איז ער גלייך דערמיט אַרויס און גלייך געפּועלט. אָבער דאָ, אין דעם פאַל, מיט משה מאַשבער, ווי הייבט מען אויף אַ האַנט, בפרט, אַז ס׳איז אים פון „קעצעלען” אַליין פאַרזאָגט און פאַרבאָטן געוואָרן.

ער איז דערום אַריינגעגאַנגען אין שטוב שוין אַ ביסל אַ פאַרלוירענער, און אַליין די שטוב מיט דער גבירישער לופט, ליכט און לאָמפּן האָבן אויף אים אַזוי געווירקט צום אומדרייסטן, אַז דריי פערטל שלעגערישן קוראַזש האָט ער שוין פון יענער זייט שוועל געמוזט לאָזן.

ס׳איז געווען אויפדערנאַכט, ווען ער האָט אויסגערעכנט משה מאַשבער, פון געשעפט אַהיים קומענדיק, צו טרעפן, — אים און זיינע איידעמס מיט אים. וואָלט זיך דעמאָלט געווען געמאַכט, ווי ס׳מאַכט זיך אַלע אַנדערע מאָלן, ווען ס׳געפינט זיך אַן אליקום אָדער אַ קאַטערוכע אויף דער קיך, אָדער אַן אַנדערער ווער פון די קאָנטאָר־לייט און אָנגעשטעלטע — אין שטוב, וואָלט דאָס ווייזן זיך פון אַזאַ פּאַרשוין, ווי שמואליקל, נישט אַזאַ איבערראַשנדיקן רושם געמאַכט. אָבער גראָד היינט, ווען פון די אָנגעשטעלטע קיינער, אַליין און אויג אויף אויג מיט אַזאַ פּאַרשוין, וואָס די גאַנצע שטאָט קען אים, און וואָס ס׳איז גענוג געווען אַ קוק טאָן גאָר אויף זיין בעלמעוואַטע אויג, כדי צו זען, אַז מ׳האָט דאָ צו טאָן מיט אַזאַ, וועלכער שטעלט זיך פאַר גאָרנישט ניט אָפּ, ביז אַפילו פאַר רציחה — איז דאָך אַוודאי פאַרשטענדלעך, ווי אַלע האָבן אויסגעזען, דערזעענדיק שמואליקלען אין שטוב גאָר פּלוצים.

מ׳האָט אים באַלד אַ פרעג געטאָן, וואָס ער דאַרף, און זיך אים געבעטן זעצן. שמואליקל האָט געפאָלגט, און גלייך שוין ביים זעצן זיך האָט אַ זאָג געטאָן:

— כ׳קום פון קעצעלען... פון קעצעלען קום איך... געלט.

— וואָסער געלט? — האָט מען ביי אים געפרעגט, נישט פאַרשטייענדיק, וואָס ער מיינט. — מע איז אים, חלילה, עמעצער שולדיק?

— ניין, נישט מיר — קעצעלען!

— איז וואָס קער ער זיך אָן מיט יענעם? יענער האָט דען קיין מויל ניט און קאָן אַליין ניט זאָגן, אַז מע איז אים שולדיק?

— איך.. — האָט דאָ שמואליקל אויסגעשריגן, — הייס שמואליקל, שמואליקל הייס איך.. די גאַנצע שטאָט קען מיך, און איר דאַרפט מיך אויך קענען. איך גיי פאַר יענעם ,גיי איך...

שוין אַליין שמואליקלס וועזן, וואָס האָט אַריינגעבראַכט אין שטוב די לופט פון זיינע אַמאָליקע פאַרלעגערטע באַהעלפערשע בגדים, פון וועלכע ↰ 358 ס׳האָט געטראָגן אַ פאַרדומפּענער ריח; אַליין נאָר זיין באַנעם מיט זיינע שלעכט־געוואַשענע הענט, וועלכע האָבן אויסגעזען, ווי ביי אַ קצב, מיט פאַרהאַרטעוועטע קנייטשן און פון בלוט פאַרבאַקטן נישט גערייניקט, — שוין אַליין דאָס, זאָגן מיר, איז געווען גענוג, אַז עמעצן פון שטוב זאָל זיך די קישקעס אין בויך איבערקערן און ווער מיט אַן איידעלן כאַראַקטער זאָל דאָ וועלן ברעכן; בפרט נאָך, האָבנדיק אַזאַ פּאַרשוין אַנטקעגן זיך נאָענט ביים טיש זיצן, און מורא האָבנדיק, אַז ער זאָל ניט אַרויספאָרן מיט אַזוינס, וואָס פון אַזאַ איז זיכער צו ריכטן — איז דאָך אַוודאי שוין אַ גענוגנדיקע סיבה געווען, אַז אַלע פּנימער פון אַלע בייוועזנדיקע זאָלן מיטאַמאָל, שוין ביי זיינע ערשטע ווערטער, בלאַס ווערן, און אַז ביי אַלע זאָלן באַהאַלטענערהייט די הענט און קניעס נעמען ציטערן, און ביי קיינעם זאָל קיין לשון אין מויל נישט סטייען. יאָ, אַוודאי ביי אַלע. אַליין נאָר משה מאַשבער, ווי דער עלטערער פון שטוב און צו וועמען שמואליקלס וואָרט איז געווען געווענדט, האָט זיך ווי־ניט־ווי געפונען אויף אים אָפּצוענטעפרן און אים אָט וואָס צו זאָגן:

— איז זאָגט זשע אים, זייט אַזוי גוט, אייער קעצעלען, און גיט אים איבער, אַז ער איז אַ מיאוסער נפש, — אַ מיאוסער ייד און אַ מיאוסער מענטש, און אַז קיין געלט קומט אים נאָך ניט, און אַז ס׳וועט אים קומען, זאָל ער אַליין קומען, און אַז שליחים זיינען דאָ איבעריק, זאָגט אים...

— אונדזער געלט! — האָט דאָ שמואליקלען אין קאָפּ אַ שלאָג געטאָן, דערמאָנענדיק זיך קעצעלעס שטענדיקן אָנזאָג „די נשמות! די זעל פון זיי!”, אָבער מחמת ער האָט איצט נישט געקאָנט מיט קיין הענט אַרויספאָרן, איז ער, על כל פּנים, מיט אַ געשריי אַרויס:

— אונדזער געלט! דאָס געלט זאָל אונדז זיין! — און דערביי האָט ער מיטן פויסט אין טיש אַזאַ זעץ געטאָן, אַז אַלץ, וואָס האָט זיך אין שטוב געפונען פון גלאָז, פון כלים, פון מעבל און אַנדערע זאַכן, האָט זיך מיטאַמאָל אַזוי צעקלונגען, אַז אַלע, וועלכע האָבן זיך געפונען אין אַנדערע חדרים, זיינען אין עס־שטוב אַריינגעלאָפן, ס׳זיינען אַריין אַפילו די דינסטן פון קיך, יענע, וואָס זיינען קיינמאָל אַזוינס ביי זייערע באַלעבאַטים נישט בייגעווען, און וועלכע האָבן דערפילט, אַז עפּעס אַ צרה, אַן אָנשיקעניש רוקט זיך אָן אויף דער שטוב, וואָרעם באמת: וואָס הייסט פרעמדע קומען אין טיש קלאַפּן? און ווער! אַזאַ, וואָס מע וואָלט אים אַן אַנדערשמאָל אַפילו אויף דער שוועל און אויף די אויגן ניט געלאָזט, איז מסתם קלאַפּט ער דאָך ניט אומזיסט, מסתם קומט אים דאָך.

— וואָסי דאָרטן?! — האָט זיך פּלוצים פון אַ ווייטן אַלקער אַ קול פון דער קראַנקער נחמהקען אַהער אין עס־שטוב אַריין דערהערט.

אַלע זיינען אַנטשוויגן געוואָרן. ווער ס׳איז באַלד אַוועקגעלאָפן זי צו באַרואיקן, איז אַוועקגעלאָפן צו איר, אָבער מערסט זיינען נאָכן קלאַפּ און אויך ↰ 359 נאָך שמואליקלס פאַרלאָזן די שטוב אין עס־שטוב פאַרבליבן. מע האָט זיך איינס דעם אַנדערן אין די אויגן ניט געקוקט, זאָגן זיך עפּעס — האָט מען אַוודאי ניט געזאָגט, ווייל דער קלאַפּ האָט נאָך ביי אַלעמען אין די אויערן געקלונגען, די צונגען, ווי געליימט, און פאַר בושה האָט מען ניט געהאַט וואוהין זיך אַהינצוטאָן.

אַ מערכה נאָך, וואָס קיינער פון די פרעמדע איז אין שטוב דעמאָלט ניט געווען, מע זאָל די געשיכטע אויפן גאַס אַרויסטראָגן. ס׳איז אָבער גענוג געווען אויך דאָס, וואָס איז אין שטוב פאַרבליבן, — דאָס, וואָס האָט געבראַכט גיטעלען שפּעטער אינעם זעלבן אויפדערנאַכט, ווען זי איז מיט איר משהן אין זייער אַלקער אַריין, מיט פאַרבראָכענע הענט און אין גרויס צער צו אים צוטרעטן און צו אים זיך ווענדן: „משה, וואו זיינען מיר אין דער וועלט? וואָס וועט דאָ זיין? מע דאַרף דאָך עפּעס זען טאָן, זען אַן עצה”... דאָס האָט אויך געבראַכט נחום לענטשער, משהס יינגערן איידעם, ער זאָל שוין איצט אַפילו אויף זיין ווייבס שלאַפקייט נישט קוקן און, נישט קאָנענדיק זיך איינהאַלטן, צו איר אין אַלקער איצט אַריינקומענדיק, מיט אַן אָפענעם און בייזן בורטשען פאַר איר אַרויס: האַ? וואָס האָט ער געזאָגט? זי ווייסט שוין, ווער ס׳איז דאָ געווען, ווער ס׳האָט געקלאַפּט, און וואו מ׳האַלט שוין? פריער האָט מען אים, נחומען, נישט געוואָלט פאָלגן, ניט הערן, און איצט איז שוין אומזיסט און אַרויסגעוואָרפן די רייד... און אַפילו אַזאַ, ווי יאַנקעלע גראָדשטיין, ווי משהס עלטערער איידעם, וואָס ביי אַזעלכע אומשטענדן, סיי ווען גוט און סיי ניט, איז אים כסדר די שטילקייט אויפן פּנים, שווייגט, און מע הערט פון אים קיין הויך קול ניט — אַפילו אויך פון אים האָט איצט אַרויסגערעדט:

— שפל המדרגה... לעצט, שוין גאָר לעצט...

אגב, יאַנקעלע גראָדשטיין האָט זיך איצט, ביי דער געלעגנהייט, דערמאַנט אַ זאַך, ביי וועלכער ער איז היינט בייגעווען, שטייענדיק ניט ווייט פון אַ סוחריש רעדל אין מאַרק. ס׳איז דעמאָלט גראָד פאַרבייגעגאַנגען סרולי גאָל. אַן אַנדערשמאָל, ווער קוקט זיך אום אויף אים? דאָס מאָל אָבער האָבן זיך אַלע צו אים אַ ווענד געטאָן, ווי צו עפּעס אַ חידוש, און אין דער זעלבער מינוט האָבן אַלע הינטנאַרום און איילנדיק געכאַפּט אַ קוק אויך אויף אים, אויף יאַנקעלע גראַדשטיין, גלייך, ווי יענעמס ווייזן זיך אין מאַרק האָט צו אים, צו יאַנקעלען, גאָר אַ נאָענטע שייכות... יאָ, אַלע ווייסן שוין, אַז זיין שווער איז יענעמס אַ בעל־חוב, אַז ער איז אים שולדיק געלט, און דעם עולם, האָט ער באַמערקט, חידושט ניט אַזוי דאָס, וואָס יענער, סרולי איז פּלוצים גאָר רייך געוואָרן, ווי דער עיקר דאָס, וואָס זיין שווער, משה מאַשבער, האַלט שוין דערביי, אַז ער איז אַפילו צו אַזאַ, ווי צו סרולין, אָנגעקומען.

— געזען? — האָט איינער שטיל אין רעדל אַריין אַ זאָג געטאָן. — ער ↰ 360 גייט דאָך שוין אַרום, גלייך ווי דער מאַרק איז זיינער, גלייך ער וואָלט דאָ אַ חלק אַריינגעלייגט.

— אַוודאי אַריינגעלייגט, — האָט געזאָגט אַ צווייטער, — וואָס זשע? צאַלי דערבאַרעמדיקער רופט אַפילו אָן די סומע, וואָס משה מאַשבער האָט ביי אים געליען, ער ווייסט עס אויף זיכער, ווייל דאָס האָט ער אַליין אים טאַקע די הלוואה נאַרייעט, זי אַליין אים אויסגעמעקלערט.

— וואָס זשע? ס׳טרעפט, — האָט אַריינגעשטעלט אַ זייטיקער, אַ דריטער, — ס׳טרעפט, אַז אַ שלעפּער שלעפּט אַרויס דאָס גרויסע געווינס, און אַ גביר — דעם נומער ערגער.

מע האָט גערעדט אין דער אָנוועזנהייט פון יאַנקעלע גראָדשטיין, פאַרלאָזנדיק זיך אויף זיין באַוואוסטער פאַרשעמטער און אַ ביסל לעקעשעוואַטער אָרנטלעכקייט, וואָס מע האָט געוואוסט, אַז וויבאַלד ער וועט דערהערן, אַז די רייד גייט וועגן אים אָדער וועגן זיינע נאָענטע, וועט ער אַליין דעם אויער אָפּקערעווען און ווי ווייט מעגלעך זיך ניט הערנדיק מאַכן. דאָס האָט מען אַזוי גערעדט, ווען מע האָט נאָר דערזען סרולין, היינט וואָס וואָלט מען שוין געזאָגט, ווען מע דערוויסט זיך די מעשה שמואליקל.

— שפל המדרגה... שלעכט, לעצט שלעכט — האָט איצט שוין אַפילו פון יאַנקעלע גראָדשטיין אַרויסגערעדט.

ערגער אָבער, ווי אויף אַלע אַנדערע, האָט די מעשה שמואליקל געווירקט, נאַטירלעך, אויף משה מאַשבער אַליין, וואָס גלייך ווי יענער, ווי שמואליקל, איז אַרויס פון שטוב, אַזוי האָבן אַלע באַמערקט, ווי פון גרויס געפּלעפטקייט און איבערראַשונג איז אים עפּעס פּלוצים אַ פול מויל מיט זאָגעניש און פּסוקים אָנגעקומען: ער האָט זיי כמעט אין אַן אומבאַוואוסטזיניקן צושטאַנד אַרויסגעבראַכט, ווי אַ מענטש, ווען אַלע אינערלעכע קנופּן זיינען אים לויז געוואָרן, און ער ווייסט ניט, וואָס ס׳געשעט מיט אים ,און ער איז אויס באַלעבאָס אויף זיך. מזמור לדוד בברחו מפני אבשלום בנו. ה׳ מה רבו צרי *) — האָט ער געזאָגט, — סמר בשרי מפּחד, ממשפּטיך יראתי...**) אשאָ עני אל ההרים; מאין יבוא עזרי ***) — אַזוי איינס נאָך איינס, נישט אין סדר און נישט אין אָרדענונג, נאָר צוזאַמענגעמישט, שטיקלעך טעקסטן און פּסוקים. און מיטאַמאָל האָט ער זיך געכאַפּט: וואָס איז דאָס? וואָס טוט ער און וואָס זאָגט ער? און ער האָט מיט דער רעכטער דלאָניע זיך דאָס מויל און די ליפּן פאַרשטעלט, אַ קוק געבנדיק בשעת־מעשה ווי פאַרשעמט אויף די בני־בית, וואָס האָבן אים אַרומגערינגלט און וואָס האָבן אים אין גרויס ↰ 361 אַנגסט און אין פאַרלוירנקייט דערזען. ער האָט מיט מיטאַמאָל אויפגעהאַלטן פון צו זאָגן, אָבער דער בזיון און ווייטיק איז דערפון ניט ווייניקער געוואָרן, און דער פאַקט פון שמואליקלס דאָ זיין — נישט אויס פאַקט. באַזונדערס איז זיין צער געווען גרויס, זיך דערמאָנענדיק, ווי דאָס קול פון זיין קראַנקער טאָכטער האָט זיך דערטראָגן פון ווייטן אַלקער, יענס קול, פון וועלכן ער האָט נאָך מער אויפגעציטערט, ווי פון שמואליקלס קלאַפּ. ווייל אויף וואָס אויף וואָס, נאָר אויף אַזאַ זאַך, אַז זיין טאָכטער זאָל אים קראַנק זיין, און ער זאָל זי אַפילו פון אַזוינעס, ווי פון אַ שמואליקל, נישט קאָנען באַשיצן, — אויף וואָס אויף וואָס, נאָר אויף אַזוינס האָט זיך משה מאַשבער געוויס נישט געריכט. דאָס איז שוין געוויס לעצט און שפל המדרגה... און אַ געדאַנק איז אים דערביי דורכגעלאָפן, אַז דאָס אַלץ, וואָס ס׳איז דאָ נאָר־וואָס געשען, איז דאָך ערשט אַן אָנהייב און אַ גאָרנישט קעגן דעם, וואָס דאַרף ערשט פאָרקומען. דאָס איז דאָך דערווייל דער ערשטער קלאַפּ, אי דאָס אַ נישט באַרעכטיקטער און אַזאַ, וועלכער לאָזט זיך נאָך אָפּווענדן, און דעם פּאַרשוין, וואָס קלאַפּט, פון שטוב משלח זיין; אָבער וואָס וועט שוין זיין שפּעטער, ווען די אמתע און באַרעכטיקטע וועלן שוין קומען, ווען אַלע, וואָס ס׳קומט זיי, וועלן זיך מיטאַמאָל אין שטוב אָניאָגן, און טענהן וועט זיין אוממעגלעך, און קיין וואָרט צו אייגענער באַרעכטיקונג און צו אייגענער פאַרענטפערונג וועט זיך ניט געפינען, און אַלע זיי וועלן שוין אַרויס מיט קלעפּ און מיטן הויכן מאָנערישן לשון.

*) אַ געזאַנג צו דודן, ווען ער איז אַנטלאָפן פאַר אבשלומען זיין זון. גאָט, ווי פיל זיינען מיינע פיינט...

**) ס׳גרוילט מיר דאָס לייב פאַר שרעק, פאַר דיין משפּט פאָרכט איך מיך.

***) כ׳הייב אויף די אויגן צו די בערג: פונוואַנען קומט מיין הילף?

ער האָט אויף זיין איידעם נחומען אַ קוק געטאָן און דערזען, אַז יענער וועט זיך ניט אויפהאַלטן און באַלד שוין צו זיין קראַנקן ווייב אין אַלקער אַריינגעקומען, אויף דער לאַגע זיך צו קלאָגן: אויך אויפן צווייטן איידעם — אַ קוק, און ער האָט פון יענעמס ליפּן זיינע באַדויערונגס־ווערטער אַראָפּגעלייענט; אויך אויף גיטעלען — און ער האָט פאַרשטאַנען, מיט וואָס זי וועט אים היינט, פאַרן שלאָפן גיין, באַגעגענען אין אַלקער, און ער האָט ניט צו זיין אייגענער און ניט צו קיינעמס טרייסט גאָרנישט ניט געהאַט, אויסער נאָר דאָס, וואָס זיין שטערן איז אים שטאַרק בלאַס געוואָרן, אויך די שפּיץ נאָז, און אַ שטיק צייט דערנאָך האָבן זיי צו זייער נאַטירלעכער מראה און קאָליר ניט געקאָנט קומען, און אויסער אויך דאָס, וואָס פון יענעם מאָמענט אָן זיינען פאַר אים, פאַר משה מאַשבער, אייגנטימלעך געוואָרן אַזוינע טריט און גענג און אַזוינע זעלישע צושטאַנדן, וואָס ביי אַזאַ, ווי ער, איז זיך דאָס פריער פאַר קיין פאַל ניט געווען צו מאָלן און זיך ניט פאָרצושטעלן.

ווי אָט, למשל:

ווען אין דעם זעלבן אויפדערנאַכט, אַז ער איז מיט גיטעלען אין אַלקער אַריין, און זי האָט מיט אים געוואָלט האָבן דעם ערנסטן געשפּרעך, האָט ער זיך פון איר אויסגעדרייט מיט אַ תירוץ: אַז זי זעט דאָך, אַז ער איז איצט ניט דערביי. אַז דער קאָפּ איז ניט זיינער, ער טוט אים שטאַרק וויי, אַזוי אַז ↰ 362 ער איז ניט ביכולת און ניט אומשטאַנד אַצינד, און ער בעט זי, אַז זי זאָל אַלץ אויף מאָרגן אָפּלייגן און דערווייל גיין שלאָפן; און אַז זי האָט זיך געלייגט און איז, סוף־כל־סוף, אַנטשלאָפן געוואָרן, איז ער, משה, נאָך אַ שטיק צייט מיט אָפענע אויגן געלעגן אויף זיין געלעגער, דערנאָך איז ער אַראָפּגעגאַנגען, און שטילערהייט, אין די שטעק־שיך, פריער אין אַלקער דערנאָך אויך אין אַנדערע צימערן, ווי אין עס־שטוב, וואו קיין מענטשן שלאָפן נישט, עפּעס אומגעגאַנגען, דערנאָך איז ער ווידער צוריק אין אַלקער אַריין, און זיך גאָר צום פענצטער געשטעלט און אין נעכטיקן דרויסן גענומען אַרויסקוקן.

אַ נאַכט האָט זיך דעמאָלט אויסגעגעבן מיט אַ פאַרשפּעטיקטער סוף־חודשדיקער לבנה פון צווישן כמאַרעס. די האַרבסטיקע ביינאַכט־שטילקייט האָט אַרויסגעקוקט פון צווישן שיטערלעכע און צעיוירענע הימלשע וואָלקן־נעצן. אַלץ האָט אויסגעזען אין האַלב־שיין מטושטש און צעשוואומען, און בפרט נאָך פאַר אַזאַ, וואָס האָט אויף יענער שיין אַרויסגעקוקט דורך אַ פענצטער.

און פּלוצים האָט משה מאַשבער, אַזוי דורכן פענצטער אַרויסקוקנדיק, דערזען שטיין אַ מענטשן אין הויף. ער איז ניט איבעריק זיכער געווען; ער האָט זיך אויך ניט פאַוואונדערט און זיך אויך ניט געשראָקן, ווי אַן אַנדערשמאָל, ווען אַזאַ זאַך מאַכט זיך, ווען ער וואָלט זיך צוערשט געפרעגט: וואָס טוט אַ פרעמדער ביי אים ביינאַכט אין הויף? וואָס דרייט ער זיך און וואָס דאַרף ער? — ניין, דאָס מאָל האָט ער זיך געהאַלטן רואיק, און אָט די רואיקייט האָט אים אויך געהאָלפן גלייך דעם מענטשן צו דערקענען: אַלטער... און ער האָט גלייך אַ טראַכט געטאָן: יאָ, דאָס איז ער, וואָס נאָך יענעם געשפּרעך, דעם לעצטן, וואָס זיי האָבן צווישן זיך געהאַט, האָט ער, משה, אים גאָר פון זינען אַרויסגעלאָזט, און יעדעס מאָל, ווען ער באַגעגנט אים די לעצטע צייט צופעליק, מאָנט יענער ווי ביי אים דאָס, וואָס ער, משה, האָט אים בעתן געשפּרעך פאַרשפּראָכן, און נעמלעך: אַז ער וועט זען עפּעס צוטראַכטן פאַר אים, פאַר אַלטערן. ס׳איז אים אויך קלאָר געווען, אַז אַלטער מאַכט איצט זיינע ביינאַכטיקע שפּאַצירן אין הויף, ווייל בייטאָג איז אים אומבאַקוועם, בייטאָג און פאַר מענטשן פילט ער זיך געענגט און ניט איבעריק זיכער, און ביינאַכט שטערט אים קיינער, און ער מאַכט זיך, שפּאַצירנדיק, קלאָר זיין לאַגע און טוט אויך זיין פאַרנעפּלטן מוח דורכלופטערן.

און פּלוצים האָט משה דערפילט, ווי גלייך קיין מחיצה איז ניטאָ צווישן אים און אַלטערן, גלייך קיין וואַנט און קיין פענצטער טיילן אים ניט אָפּ פון יענעם, און ס׳האָט אים אויך געדאַכט, אַז אַזוי ווי ער קוקט איצט אויף אַלעטרן, און זעט אים אַ שטייענדיקן אין הויף, אַזוי קוקט יענער, אַלטער, אויך אויף אים און זעט אים אַ האַלב־אָנגעטאָנענעם דורכן פענצטער אַרויסקוקן. מעגלעך, אַז אַזוי איז דאָס טאַקע געווען, ווייל אַלטער איז מיטן פּנים צום פענצטער אויסגעקערעוועט געשטאַנען.

↤ 363

אין דער מינוט איז סיי אַלטערן אין דרויסן סיי משהן אין שטוב ווי עפּעס אַ קעלט דורך די ביינער אַדורך; אין דער מינוט האָט אויף אַ צופעליקן אופן דער לבנה געגליקט מיט עטוואָס אַ גרעסערער און העלערער שיין פון צווישן די וואָלקנס זיך באַווייזן; און אין דער זעלבער מינוט האָבן סיי אַלטער און סיי משה עפּעס אַ קול דערהערט פון אַ מענטשן, ניט קיין מענטשן, פון אַ הונט, נישט קיין הונט, נאָר געקומען איז דאָס פון לעבן מיכאַלקעס שטיבעלע פון דער הונט־בודקע אַרויס. דאָס איז געווען פונעם הונט „קייטל־זייגער”, וואָס געוויינלעך און אַ גאַנץ גייענדיק יאָר איז ער אָן אַ קול, נאָר איצט, ביינאַכט, ווען קיינער הערט ניט, בפרט האַרבסט, ווען אַ לבנה רייסט זיך פון צווישן וואָלקנס, וועלנדיק כאָטש מיט אַ קליין ביסל שיין אַרויסקומען, און, זעלטן־זעלטן נאָר, אויף געציילטע צופעליקע מינוטן, גליקט עס איר אַמאָל, — דעמאָלט, ווייזט אויס, באַקומט ער עס, דאָס קול, און קומט מיט דעם אַרויס פון די הינטישע געדערים שטאַרק ווייטיקדיק און פאַרדומפּן. אַן אַנדערשמאָל האַלט ער געוויס אויך ניט פאַר נייטיק דאָס איבערצוחזרן, נאָר באַנוגנט זיך מיט איין מאָל, צוויי מאָל דאָס אַרויסברומען; איצט אָבער, ווען ער האָט דערזען שטיין אַ מענטשן אין הויף, אַ מענטשן אַן אומגייענדיקן ביינאַכט, כאָטש אַפילו אַן אייגענער, וועלכער איז אים אַ ביסל אויך באַקאַנט, און דערצו נאָך האָט ער מיטן הינטישן חוש דערפילט אויך אַ צווייטן, זיין באַלעבאָס אַנטקעגן יענעם אין פענצטער אַ שטייענדיקן, — האָט ער זיך שוין אַוודאי גאָר צעלאָזט, און פון זיין גאַנצן, פאַרבאָרגענעם בויך־אינגעווייד האָט ער אַ לאַנגע און שטומע ריי קולות און געוואָיען אַרויסגעגעבן, דעמאָלט האָבן זיך ביידע ברידער פון די ערטער גערירט: אַלטער פונעם אין דרויסן שטיין, און משה פון לעבן פענצטער. וואָס אַלטער האָט ווייטער געטאָן — ווייסן מיר ניט, נאָר משה איז גלייך צוריק אויף זיין געלעגער אַרויף, צי אויף שלאָפן, צי אויף ווידער וואַך זיין — ווייסן מיר ווייטער ניט, נאָר צי יאָ, צי ניין, אָבער „קייטל־זייגערס” וואָיען האָט אים נאָך לאַנג אין די אויערן געקלונגען — אַ דערמאָנונג אויפן ניט גוטן היינט און אַ סימן אויף אַ מאָרגן, ווייזט אויס, אויך ניט אויף קיין בעסערן.

* *
*

יאָ, אויך אויף מאָרגן ניט בעסער. און אַז משה מאַשבער איז דעם צווייטן אויפדערנאַכט ווידער פון געשעפט אַהיים געקומען אַ דערשלאָגענער און איז נאָכן טאָג אַריין צו דער טאָכטער געוואויר ווערן, האָט ער מער ניט געקאָנט, ווי אַ וויילע לעבן איר שטיין, זי באַטראַכטן און זען, אַז איר לאַגע איז ווייט פון גענעזן, און דאָך האָט ער מער פאַר איר קיין ווערטער ניט געהאַט, ווי נאָר איז אַ זאָג טאָן: „ס׳גייט דיר, דאַכט זיך, אַ ביסל בעסער, טאָכטער”, און באַלד גלייך פון איר אָפּגעגאַנגען, כדי איר צער ניט צו זען.

↤ 364

ער איז באַלד צוריק אַריין אין עס־שטוב, וואו קיינע פרעמדע זיינען ניט געווען, ווייל די לעצטע צייט האָבן זיך געשעפט־לייט ווי אָפּגערעדט, זיך פון דער שטוב אָפּגעוואָרפן און אַהין זיך ניט געוויזן: מע האָט געוואוסט, אַז פון נייע געשעפטן קאָן קיין רייד ניט זיין, און אַז אויך די אַלטע זיינען גענוג שפל; אויך קיינע געלט־מעקלערס און קאָנטאָר־אָנגעשטעלטע זיינען ניט געקומען, סיידן גאָר אַמאָל דער קאַסיר און געלט־נאמן ליבערזאָן, אי דאָס אויך ווען ער האָט באַדאַרפט נייטיק.

די טירן האָבן דערום ווי אָפּגערוט, די ווענט פון שטוב האָבן זעלטן־ווען באַגעגנט אַ פּנים־חדשות. אַזוי, אַז מ׳האָט געקאָנט זיכער זיין, אַז ווען מע זעצט זיך צום טיש אַליין, וועט מען שוין אַליין אויך פאַרבלייבן, די אויגן צו דער טיר ניט ווענדן און פאַרשפּאָרן אַ ניי־אָנגעקומענעם צו באַגעגענען, אויסער אפשר נאָר אין אויסגענומענע פאַלן, ווי נעכטן, למשל, שמואליקל שלעגער, און היינט — מלכה־ריווען.

זי איז אַריין ניט אַליין, נאָר מיט עפּעס אַ זאַך מיט אַ ווייסן ליילעך איבערגעדעקט. געוויס, עפּעס אַ מין מלבוש, וואָס מע האָט געזען, אַז ער איז איר זייער טייער, ווייל זי טראָגט אים געהיט און באַזונדערס פאָרזיכטיק.

זי איז אַריין דורך דער קיך, און שוין אַריינקומענדיק אַהין, איז איר עפּעס דאָס מאָל די קיך נישט געפעלן. אַלעמאָל באַגעגנט זי דאָרט אַ דינסטן־ און משרתים־געזעמל — מע שטיפט, מע לאַכט, מע קריגט זיך, און ס׳איז אַ גרויס אָנגעשטעל פון כלים, פון יאָ־ און ניט־געוואַשן. דאָס מאָל — עפּעס ניט, גלייך דער קיך־גייץ וואָלט געווען אַרויסגעצויגן, און גלייך ווי עפּעס נאָך אַ יום־טוב, ווען מע איז מיד און אָפּגעלאָזן. אויך די שטוב היינט נישט ווי אַלעמאָל: צי די לאָמפּן ברענען עפּעס אַנדערש, צי די ווענט טונקעלער, צי די פּנימער זעען אַזוי אויס; זי וואָלט אויך געמעגט שווערן, אַז זי פילט עפּעס אַ ריח, ווי פון קאַנפער אָדער פון אַנדערע רפואות, וואָס טראָגן זיך פון אַ ווייטן חולה אין אַ ווייטן צימער ערגעץ.

זי איז אַ ביסל אָפּהענטיק געבליבן. זי איז איצט געקומען אַהער מיט אַן ענין, ווי אינעם איינציקן אָרט, וואו אַזוינע ענינים קאָנען צו איר גונסטן געלייזט ווערן. זי איז געקומען איך זיסיעס טכוירענעם טולעפּ צו פאַרזעצן — אַהער, ניט צו די וואָכערניקעס, וואָס, ערשטנס, גיבן יענע פאַר אַזוינע זאַכן אַ שיבוש; און צווייטנס, ווייל אויב אַ מלבוש, צי אַן אַנדער זאַך פאַלט אַמאָל אַריין פאַרמשכנט צו זיי, איז אויב מע פאַרשפּעטיקט דעם זמן און מע ברענגט זיי ניט דאָס געלט צו דער צייט, פאַרקויפן זיי אים גלייך, אָדער לאָזן אים פאַר זיך פאַרן שפּאָט־ווייניק אַנטליענעם, און מע זעט זיך שוין ניט מיט דעם אויף פאַרפאַלן און אויף לעולם־ועד.*)

*) אויף אייביק.

↤ 365

זי איז געקומען אַהער, ווי אַלעמאָל, מיט די אוירינגלעך און מיטן שלייער, ווייל דאָ וועט מען זיך מיט איר זיכער אַנדערש באַגיין; אי זי וועט דאָ מער באַקומען, אי דער חפץ, דאָס מלבוש, וועט זיין זיכער, ווען אפשר, אַז גאָט וועט העלפן, און זי וועט אים קאָנען צוריק אויסקויפן.

באַזונדערס איז זי איצט זיכער געווען אינעם דערפאָלג פון איר גאַנג אַהער נאָך דעם, ווי מע האָט מיט איר, ווי באַוואוסט, נאָך זיסיעס שלאַף־ווערן, אַזוינע טובות געטאָן: ווי גלייך נאָך זיין אַוועקלייגן זיך האָט מען דאָך איר פון אָט דער שטוב, פונעם רייכן קרוב, אַן אומזיסטיקן דאָקטער באַשטעלט, ער זאָל אַלעמאָל, ווען מע וועט דאַרפן, אַריינפאָרן; — דעם קצב באַצאָלט, מע זאָל ביי אים פלייש באַקומען; אויך דעם קלייטניק פאַר שפּייז באַצאָלט. און דאָס אַלץ — אַליין און אומגעבעטן. היינט איצט, ווען זי קומט נאָך מיט אַזאַ זאַך, מיט מזומן, מיט אַזאַ חפץ, וואָס איז נאָך כמעט ניי, ווייל זיסיע, וואָס איז אַ גרויסער אָפּהיטער, האָט אים כמעט ניט גענוצט, ניט געטראָגן, און וואָס פון אַלע פאַרזעצטע און פאַרמשכנטע חפצים און זאַכן אין שטוב, וואָס איז נאָך מעגלעך געווען צו פאַרזעצן, איז ער דער לעצטער געבליבן, דער טייערסטער, וואָס מע האָט אים געהיט, ווי דאָס אויג פון קאָפּ, — היינט אויף אַזאַ זאַך וועט זי דאָך געוויס ניט אָפּגעזאָגט באַקומען, און אי זי וועט דאָס פּנים ניט דאַרפן שוואַרצן פאַר יענע, פאַר די וואַכערניקעס, אי אויך, ווי געזיגט, דאָס באַקומענע און דאָס געליענע וועט זיין פיל גרעסער, ווי נאָר מעגלעך ערגעץ אַנדערש.

יאָ, זי איז דערום ווידער אין די אוירינגלעך און אין שלייער... אָבער פאַרוואָס פילט זי, ווי גלייך זי וואָלט היינט עפּעס נישט אין דער ריכטיקער צייט געטראָפן? פאַרוואָס זעט זי, אַז גלייך קיינע פרעמדע זיינען דאָ איצט ניט איבעריק געוואונטשן, און גלייך אַלע אין שטוב, — אָנהייבנדיק פון דער קיך, פון די מענטשן אין שטוב און פון דער שטוב אַליין — זיינען ווי איצט קיינעמס באַזוך נישט גערן?

אַזוי ווי אָבער זי איז שוין דאָך געקומען, און אַזוי ווי איר טייערער אָנהאַלט, דער לעצט־אויסבאַהאַלטענער חפץ, איז מיט איר, האָט זי זיך געשטאַרקט און האָט זיך אַפילו דאָס מאָל נעענטער, ווי געוויינלעך, לעבן משה מאַשבערס שטול צוגעזעצט און אויך אַ היימישערן נייג זיך געטאָן צו אים.

— ערשטנס, משה, וויל זי אים אָפּדאַנקען פאַר אַלעם דעם, וואָס ער האָט מיט איר ביז אַהער געטאָן, זי מיינט: דעם דאָקטער, דעם קצב און דעם קלייטניק, וואָס ער האָט זיי אויף אַ שטיק צייט פאָרויס באַצאָלט און אַזוי אַרום איר קראַנקן און איר גאַנצע שטוב ביים חיות דערהאַלטן.

— וואָס? — האָט משה מאַשבער אַ פרעג געטאָן פאַרוואונדערט. — וואָס פאַר אַ דאָקטער, וואָס פאַר אַ קצב, און וואָס פאַר אַ קלייטניק? ער ווייסט ניט, וואָס זי רעדט און הייבט ניט אָן צו וויסן.

↤ 366

— וואָס הייסט, ער ווייסט ניט? וואָס ווייסט ער ניט? אַז אָט די אַלע האָבן ביי איר אַ שטיק צייט קיין געלט ניט באַקומען — נישט דער דאָקטער פאַר זיינע באַזוכן און נישט דער קצב און קלייטניק פאַרן פלייש און שפּייז, וואָס זי האָט ביי זיי אומזיסט צוגעשטעלט געקראָגן? אָדער אפשר וויל ער ניט, אַז אַנדערע זאָלן וויסן. — האָט דאָ מלכה־ריווע פון איר טאָן אַראָפּגעלאָזט, זיך אַרומקוקנדיק, גלייך זי וואָלט געוואָלט, אַז אַלע בייוועזנדיקע זאָלן זייערע אויגן אָפּווענדן פון איר און פון משהן, וואָס, מעגלעך, מחמת עניוות, וויל ער פאַר אַזוינע זאַכן פאַר אַלעמען אין די אויגן ניט באַדאַנקט ווערן, — אפשר וויל ער, אַז ס׳זאָל בלייבן אַ סוד, ווי אַלע די, וואָס גיבן מתן בסתר, דאָס הייסט, צדקה פאַרשטעלט?

— וואָסער צדקה? און וואָסער פאַרשטעלט? — האָט זיך דאָ משה נאָך מער פאַרוואונדערט. — אַז ער ווייסט ניט און הייבט ניט אָן פאַרשטיין, ווער דער געבער און ווער דער בעל־צדקה: אַלנפאַלס, אויב עמעצער האָט יאָ געגעבן, איז דאָס ניט ער און אויך ניט קיינער, דאַכט זיך, פון די זייניקע, וואָס זיצן ביים טיש דאָ.

— האַ? — האָט ער, כדי זיין וואָרט צו באַשטעטיקן, מיט אַ בליק צו זיינע שטוב־לייט זיך געווענדט. — צוערשט צו גיטעלען, וואָס איז ניט ווייט פון אים בעתן געשפּרעך געזעסן.

— ניין, — האָט יענע זיך מיט די אַקסל ווי אָפּגעשאָקלט.

— איז אפשר אַן אַנדער ווער? — האָט ער ווייטער געפרעגט.

— ניין, קיינער; אַפילו ניט אַזאַ, ווי יאַנקעלע גראָדשטיין, וואָס אין זיין שטייגער איז דווקא יאָ געווען אַמאָל שטיל און צייטן־לאַנג אויסצוהאַלטן געפאַלענע און יורדים אויף אַ פאַרשטעלטן אופן, — אויך ער ניט; יאַנקעלע גראָדשטיין האָט דאָס מאָל זיך אָפּגעזאָגט, און איז אַפילו רויט געוואָרן דערפון, וואָס מע איז אים חושד אין אַזאַ זאַך, אין וועלכער ער איז גאָר ניט שולדיק.

— איז ווער זשע? — האָט זיך דאָ מלכה־ריווע אַרומגעקוקט און איז מיט איר דאַנק ווי אינדערלופטן הענגען געבליבן...

— האַ? — האָט זי ווי מיט זיך אַליין רעדן גענומען. — איז אויב אַזוי, איז אפשר אויך דאָס פון יענעם?

— פון וועמען?

— פון דעם, וואָס ער, משה, קען אים. פון דעם, וואָס אַלע קענען אים, ווייל ער איז אַן אַריינגייער צו אַלע; פון יענעם, וואָס משה, אויב ער געדענקט, האָט אין יענעם אויפדערנאַכט, ווען זי איז צו אים דאָס ערשטע מאָל געקומען נאָך זיסיעס שלאַף־ווערן, מיט אים אַ שטיק סכסוך געהאַט, האָט אויף אים אָנגעשריגן און אים פון שטוב אַרויסגעיאָגט. איז אפשר אויך דאָס פון אים?

— און וואָס דען נאָך?

↤ 367

און דאָ האָט מלכה־ריווע דערציילט, וואָס אַ שטיק צייט דערפריער האָט מיט איר מיט יענעם שוין איינמאָל געטראָפן. זי האָט דערציילט, ווי יענער, סרולי, האָט זיך איינמאָל אין איינעם אַ פרימאָרגן בעתן יאָר־יאַריד, דאַכט זיך, באַוויזן אויף איר שוועל מיט אַ גרויסווערטיקן פּאַפּיר־געלט אין דער האַנט און געזאָגט, אַז ביי איר שוועל האָט ער דאָס אויפגעהויבן און לעבן איר שטוב עס געפונען. זי האָט זיך צוערשט דערפון אָפּגעוואָרפן, ווייל פונוואַנען קומט צו איר צו פאַרלירן? אָבער יענער האָט זיך גע׳עקשנט און געטענהט, אַז אויב ניט אירס, איז וועמענס דען, אַז זיינס איז דאָס געוויס ניט... ער איז גראָד, האָט ער געזאָגט, איר שטוב פאַרבייגעגאַנגען, האָט ער אויף דער שוועל אַ קוק געטאָן, דאָס דערזען, און ער גיט דאָס אָפּ, צו וועמען ס׳געהער געוויס — צו דעם, וואָס די שוועל איז זיינע... און אַז זי, מלכה־ריווע, האָט זיך געקווענקלט און דאָס אַלץ ניט געוואָלט נעמען, האָט ער זיך אויף איר שוין גאָר צעשריגן: „ניט? זי וויל ניט? איז זאָל זי דאָס וואַרפן פאַר די הינט, אויפן גאַס, זאָל זי טאָן מיט דעם, וואָס זי וויל, פאַרטיילן אָרעמעלייט, זאָל זי...” זי האָט געזען, אַז געפונען האָט ער דאָס טאַקע ניט, אָבער קיין גנבה און קיין כישוף אויך ניט, — און זי האָט זיך געשראָקן און דאָס פאָרט גענומען, און אַוודאי איז דאָס איר זייער צוניץ געקומען. איז האַ? איז אפשר אויך אַלעס איבעריקע פון אים, פון יענעם? האַ, ווי מיינט מען? ווי מיינט משה, און ווי מיינען אַלע?

— ער מיינט? — האָט דאָ משה עפּעס מבולבל און ווי ניט הערנדיק, וואָס ער רעדט, אַ זאָג געטאָן. — ער מיינט, אַז יאָ, אַז געוויס ער, אַז געוויס דער, ווייל ווער דען אַנדערש? — און פּלוצים האָט ער זיך פון זיין שטול אַ הייב געטאָן, און אַלע בייוועזנדיקע האָבן באַמערקט, ווי ער האָט זיך מיטאַמאָל עפּעס אַ קרענקלעכן כאַפּ געטאָן פאַרן האַלדז, פאַרן קאַרק, גלייך עפּעס אַ פליג האָט אים אַן אומגעריכטן ביס געטאָן, אָדער אַן אַנדער מין באַשעפעניש האָט זיך אים דאָרט אַוועקגעזעצט. מע האָט באַמערקט, אַז ער האָט אַפילו דעם קאָפּ אויסגעקערעוועט, ווי צו זען און זיך איבערצייגן, צי זיצט אים דאָרט טאַקע ניט עפּעס אָדער עמעצער.

— און וואָס האָט זי איצט געוואָלט, מלכה־ריווע? — האָט ער ווידער מבולבל גלייך נאָכן אויפכאַפּן זיך פון דעם שטול ביי איר אַ פרעג געטאָן, און מע האָט ווידער געזען, אַז זיינע אויערן הערן ניט, וואָס דאָס מויל רעדט.

— זי האָט געוואָלט?... זי איז געקומען מיט אַ מלבוש צו פאַרמשכנען, ווייל די ביז־אַהעריקע אויבן דערמאָנטע חסדים האָבן זיך איר אויסגעלאָזט. און זי האָט דאָס מלבוש געבראַכט אַהער, ווייל די וואָכערניקעס, ווי באַוואוסט, זיינען הויט־שינדער, און דאָ וועט מען אַוודאי אַנדערש שעצן איר מלבוש, און זי וועט דאָ פיל מער אַרויסקריגן, ווי ביי יענע.

— אַוודאי מער! אַוודאי, ווי ביי יענע! — האָט משה מאַשבער אירע ↰ 368 ווערטער נאָכגעבאָמקעט, און די אייגענע האָבן דערביי דערזען, ווי ער האָט מיטאַמאָל גענומען זיך אַרומזוכן, גלייך ער איז גרייט, נישט קוקנדיק אַפילו אויפן מלבוש, באַלד מיט דער מטבע אַרויסצוקומען צו איר, צו מלכה־ריווען.

ער האָט געזוכט פריער אין די זשיליעט־קעשענעס, אין די אונטערשטע, ווי אין די אייבערשטע, און נישט געפינענדיק גאָרנישט, האָט ער זיך דערנאָך צו די הויזן־ און בוזעם־קעשענעס געווענדט — אַלעמאָל אין אַנדערער און יעדעס מאָל צוריק אין דער זעלבער און מיטאַמאָל, נישט געפינענדיק שוין אין ערגעץ גאָרנישט, האָט ער זיך פּלוצים ווי דערשראָקן און עפּעס אַ משונה זאָג געטאָן:

— נישטאָ! כ׳האָב נישט, מלכה־ריווע... ליידיק... — און מיט דער זעלבער איבערגעשראָקנקייט האָט ער, צו אַלעמענס באַוואונדערונג, נאָך צוגעגעבן:

— כ׳האָב אויך אַ חולה, און אינגיכן וועל איך שוין אויך עפּעס דאַרפן פאַרזעצן, ווי דו איצט, מלכה־ריווע...

— טאַטע! — האָט דאָ יהודית, משהס עלטערע טאָכטער, אַ געשריי געטאָן, ווי ווען מע דערזעט עמעצן גערירט און מע מוז אים אָפּהאַלטן און פון אַ שלעכט וואָרט אָדער שלעכטן טאַט אים אָפּשטעלן.

— שווער! — האָבן זיך מיטאַמאָל אויך די איידעמס פון זייערע ערטער אַ כאַפּ געטאָן דערשראָקענע.

— משה! — האָט אויך גיטעלע צוזאַמען מיט אַלע אויפגעציטערט...

מיר ווייסן ניט, צי איז מלכה־ריווע דעמאָלט אַרויס פון שטוב מיט אָדער אָן געלט, מיט אָדער אָן דעם מיטגעבראַכטן מלבוש, מיר ווייסן נאָר, אַז דעם גאַנצן אויפדערנאַכט דערנאָך, נאָך מלכה־ריוועס אַוועקגיין, האָט משה מאַשבער, ווי אַ האַלב־דולער, נישט אויפגעהערט אַלעמאָל אין די קעשענעס זיך טאַפּן, און שפּעטער, ווען ער האָט, ווי נעכטן, אויך היינט נישט געקאָנט איינשלאָפן, און האָט פריער אין די שטעק־שיך אין די צימערן אומגעשפּאַנט, דערנאָך זיך ווידער קעגן זיין פענצטער אין זיין אַלקער אַוועקגעשטעלט, — איז אַזוי ווי נעכטן האָט ער אין דער דרויסנדיקער האַלב־שיין דערזען אַלטערן, היינט — ניט: היינט האָט זיך אים אַלעמאָל נאָר געדאַכט, אַז יאָ, עפּעס אַ מענטש זיצט אים אויפן קאַרק, און ער האָט אַלעמאָל דעם קאָפּ אויף צוריק אויסגעקערעוועט, צו זען, ווער איז ער עס, דער מענטש. און געדאַכט האָט זיך אים יעדעס מאָל, אַז דאָס איז ניט קיינער, נאָר טאַקע ער, יענער — סרולי, מיינט מען, און אַלעמאָל, ווען דאָס האָט זיך אים אויסגעוויזן, האָט ער דערפילט ביי זיך, ווי אַ משונה שטאַרק געשריי אין גאָרגל שטעקן, וואָס אָט־אָט, און אַ האָר גייט אָפּ, אַז ער זאָל באַלד דאָס מויל ניט צעעפענען און דאָס ניט אויסשרייען, ווי אַלטער...

* *
*

↤ 369

משהן האָט זיך דעמאָלט געדאַכט, אַז סרולי זיצט אים אויף זיין קאַרק. אָבער אין דער אמתן, וואו איז דעמאָלט געווען סרולי?

סרולי האָט איצט געוואוינט צוזאַמען מיט לוזין.

יאָ, נאָך דעם, ווי זיי זיינען צוריקגעקומען פון זייערע רייזעס, און סרולי האָט לוזין באַזאָרגט מיט דער געוויסער וואוינונג, איז ער צוערשט דאָרט נאָר אַ שיטערלעכער גאַסט געווען, נאָר וואָס שפּעטער איז ער אַלץ מער תושב און היימישער געוואָרן, און איז שוין אָפט אויך אַפילו אויף נאַכט געבליבן. ער האָט זיך אַמאָל אין צווייטן צימער צוגעשפּאַרט מעשה גבאי: וואו ווי ס׳מאַכט זיך; שפּעטער אָבער האָט ער זיך שוין אויך אַ מין באַנק־בעטל געקראָגן, דאָס אין פאָדערצימער אַוועקגעשטעלט, כדי ער זאָל יעדעס מאָל און ווען ער וועט וועלן איבערנעכטיקן, — און גענעכטיקט האָט ער שוין דאָרט אָפט, כמעט כסדר.

ער האָט שוין אויך כמעט די גאַנצע לוזיס באַלעבאַטישקייט געפירט — ער מיט דער דינסט־יידענע. ער האָט אויך אין לוזיס אינערלעכע ענינים אָנטייל גענומען, זיך אָפט אַריינגעמישט, צי מע האָט ביי אים יאָ געפרעגט, צי ניט. אָפט, למשל, זיינען אים אייניקע ניי־אָנגעקומענע ניט געפעלן — פון יענע, וואָס פלעגן אַמאָל בגנבה פון אַנדערע סעקטעס אין די פאַרנאַכטן זיך אַריינשטעלן. אַז אַזאַ איינער פלעגט ביי סרולין ניט אויסנעמען, פלעגט ער דאָס לוזין פירהאַלטן מיטן פולן מויל און זיך ניט אָפּשטעלן פאַר גאָרניט. ווייל ער האָט געהאַט אַן אויג, געהאַט אַן אויער פאַר יענע זאַכן. כאָטש ער אַליין האָט קיין שייכות ניט געהאַט דערצו, דאָך פלעגט לוזי אים אויסהערן און זיך רעכענען מיט זיין מיינונג אַפילו ווען נאָר מיט אַ הויל־קאַפּריזער. ער איז אים אַפילו אָפּגעגאַנגען, און סרולי האָט אָפט, אין געוויסע ענינים, אויך גענומען ווי די אויבערהאַנט איבער אים.

ווי אָט, למשל:

ס׳האָט געטראָפן, אַז מיכל בוקיער, דער פריערדיקער ראש פון דער סעקטע, האָט עפּעס צו לוזין צוגעשיקט מיט אַ קינד אַ בריוול, וואָס האָט זיך אָנגהעויבן מיט די ווערטער:

„לאהובינו אחינו, מה אני שואל מכם, כי אם לבקש בעדי...” *)

אַז לוזי האָט דאָס בריוול דורכגעקוקט, האָט ער זיך פאַרטראַכט און אין מרה־שחורה אַריינגעפאַלן. סרולי האָט געבעטן, ער זאָל דאָס אים באַווייזן, און אויך ער האָט דאָס דורכגעלייענט, האָט ער אַ קוק געטאָן אויף לוזין און זיך ווי צעבייזערט.

*) צו אונדזערע געליבטע ברידער, איך בעט פון אייך, איר זאָלט מתפּלל פאַר מיר...

— וואָסי? מע האָט דען פריער ניט געוואוסט, אַז מיכל גייט אויף אַ ↰ 370 גליטש, און אַז אַ ליאַדע טאָג וועט ער אַ פּראַל טאָן און הענט און פיס און רוק־און־לענד צעברעכן? מע האָט דאָס ניט פאָרויסגעזען?

ווירקלעך: מע האָט טאַקע באַמערקט, אַז זינט לוזי איז געקומען צו דער אָנפירונג, איז יענער ווי אָפּגעגאַנגען אין אַ זייט, זיך אָנגעהויבן באַווייזן אַלץ שיטערלעכער, אַפילו צו די שבתדיקע מנינים, און ווער ער איז יאָ געקומען, האָט מען געזען, אַז קיין נחת פון דעם, וואָס אַלע אייגענע האָבן, האָט ער שוין נישט — נישט פונעם דאַוונען, נישט פונעם לערנען און תורה זאָגן, און מע האָט אויך געזען, אַז עפּעס ברויעט אין אים אַ זאַך, וואָס מאַכט אים שטום, די אויגן צו דר׳ערד אַראָפּגעלאָזט און קיינעם אין פּנים אַריין ניט צו קוקן.

לסוף איז דאָס אַרויסגעשוואומען. מיצל האָט זיך ווידער גענומען וואַקלען, נאָך מער און נאָך שאַרפער, ווי בעת ער האָט דאָס לוזין אין דער וידוי דערציילט און אויסגעלייגט. ער האָט גענומען צווייפלען אין דער וועלטס השגחה און אין דער באַרעכטיקונג פון אַלעם דעם, וואָס אַ גלייביקער דאַרף באַרעכטיקן. ס׳איז אים מיטאַמאָל עפּעס ווידער ווי אַ דעקטוך פון די אויגן אַראָפּגעפאַלן: ער האָט אַלץ דערזען אין אַן אַנדער שיין, אין אַזאַ, וואָס אַלעם פריעריקע דאַרף אויפסניי איבערגעקוקט און דורכגעזען ווערן. און דאָס האָט ער איצט אויסגעדריקט אין זיין צוגעשיקט בריוול צו לוזין. קומען און איבעררעדן האָט אים שוין, ווייזט אויס, קיין מוט ניט געקלעקט: מע וועט אים זיכער אָפּשטויסן, פון דער אַנדערער זייט אָבער, האָט אים נאָך ערגעץ ביי די פיס־קנעכל, ביי די פּיאַטעס געוואַרעמט דער גלייבן, און ער האָט געצווייפלט אין ביידע — אי אינעם גלויבן, אי אינעם אומגלויבן, און ער איז געווען פאַרלוירן, און דאָס איינציקע, וואָס אים איז געבליבן אין אַזאַ־אָ לאַגע, איז געווען — בעטן זיינע אייגענע, זיי זאָלן פאַר אים און פאַר זיין פאַרלוירנקייט בעטן.

— זייט מתפּלל, אנשי שלומינו *), און באַזונדערס דו, לוזי, דער ראש פון דער עדה... זייט מתפּלל פאַר מיכל בן שרה־פייגל, וואָס ער האַלט שוין ווידער אַראָפּצוזינקען אין שפלות. ער האַלט שוין דערביי, אַז ער זאָל אַפילו אינגיכן אַריינפאַלן צו די דעסעווער **). ס׳האַלט דערביי, אַז ער האָט שוין כמעט באַשלאָסן זיך אַוועקלאָזן אין דער ווייטער ליטע, אַהין, צו יענע, פון וועלכע מע זאָגט, אַז דער גייסט פון כפירה און פון אין אַלעם לייקענען שטאַמט פון זיי.

*) אונדזערע לייט, מענטשן פון איין דעה, פון איין געזינונג.

**) דאָ געמיינט: משה מענדעלסאָן, דעם פאָטער פון דער אויפקלערונג. וועלכער האָט געוואוינט אין דייטשלאַנד, אין דער שטאָט דעסאו.

אין זיין בריוול האָט ער דאָס אויסגעלייגט באריכות, און אויך אַ ביסל דערציילט די סיבות, דורך וועלכע ער איז צו זיין לעצט־שלעכטן געדענק געקומען. צווישן אַנדערע האָט ער געשריבן, אַז די לעצטע צייט האָט אים ↰ 371 איינמאָל דאָס ווייב זיין אָרעמען מאָלצייט דערלאַנגט — אַ יושקע, ווי אַלעמאָל, פון עפּעס מינים פיש, אין וועלכער ס׳איז גאָרנישט ניט געווען, אויסער ליסקע אַרומגעשוואומען. ער איז געווען הונגעריק, האָט ער געשלונגען, און מיטאַמאָל האָט ער זיך געכאַפּט אינמיטן עסן און זיך צעוויינט:

— דער בחיר־היצורים, דאָס בעסטע באַשעפעניש — דער מענטש, הייסט עס, — איז הונגעריק, און די וועלט איז אַזוי רייך און גרויס, און דעם מענטש קומט מער ניט אָן, ווי יושקע מיט ליסקע... פאַר וועמעס זינד? און וועמען קומט אַרויס פון אַזאַ דערנידערונג, און וואו איז די באַרעכטיקונג פון דעם?

און דערביי האָט ער צוגעגעבן און אַ גאַנץ צעטל שטוב־צרות אויסגערעכנט, וועלכע ס׳איז אים שוין שווער צוצוזען, און וואָס ס׳איז שוין כשל כח הסבל — ער קאָן דאָס שוין נישט איבערטראָגן.

— בתי אסתר, — האָט ער געשריבן, — איז שוין אַ מיידל צו לייטן, און קיין נדן פאַר איר האָט ער ניט, און קיינע שום אויסזיכטן, און זי קאָן, חלילה, פאַרזיצן. דערצו איז זי נאָך אויך ניט קיין איבעריקע יפת־תואר — נישט קיין געראָטענע, נישט אין גוף, און נישט קיין באַלעבאָסטע, און מחמת ער קאָן איר צער ניט צוזען, שלאָגט ער זי אָפט און שלעפּט זי פאַר די צעפּ כאחד הריקים.*)

— בני בערל, — האָט ער ווייטער געשריבן, — איז אַ גולם, אַ בלינדלעכער און אַ געברעכטער, דרייט די ראָד ביים שלייפער, פאַרדינט גאָרניט און האָדעוועט איבער זיינע כחות — ראה ה׳ בעניו...**) אויך בני יאַנקעלע אַרבעט ביי אַן איינבינדער אָן אַ גראָשן, טוט עבודת־פּרך דעם באַלעבאָס, און האָט דערפון גאָרנישט... אויך בתי חנהלע איז, דאַכט זיך, אַ גולם, און דערצו נאָך קיין קנעלונג, מחמת באַלעבאַטים האָבן זיך, איבער זיין אַמאָליקן שלעכטן שם, פון אים אָפּגעוואָרפן און גיבן אים זייערע קינדער ניט.

„זייט מתפּלל, אנשי שלומינו”...

דערביי איז לוזי, לייענענדיק אָט דאָס בריוול, טרויעריק געוואָרן, און סרולי האָט זיך צעלאַכט.

— מע זאָל פאַר אים בעטן? וואָסי? ער איז קליין אַליין? אַ מענטש האָט פיס און בעט זיך אויף קוליעס! וואָס? ער וויל צו די דעסעווער — צו יענע, וואָס מיט די קאַלטע קעפּ, קאַלטע קאַפּעליושן און קאַלטן יושר! אדרבה, זאָל ער! וואוהין רוקט ער זיך עס, דער שלימזל מיט דער יושקע מיט דער ליסקע!

*) ווי איינער פון די גרעבסטע, נידעריקסטע פּאַרשוינען.

*) זע, גאָט, זיין פּיין...

אַזוי אין דעם פאַל, און אַזוי אויך אין אַנדערע פאַלן האָט זיך סרולי זיין וואָרט געהאַט, זיך אין אַלע ענינים אַריינגעמישט, און צי מע האָט אים יאָ ↰ 372 געפאָלגט, צי ניט, אָבער ער האָט שטענדיק זיינס געזאָגט — פריי און נישט געצוואונגען.

ער האָט אויך געפירט די שטוב לויט זיין גוסט און כמעט אויף זיין אייגענער אחריות: צוגעלאָזט מענטשן, וועלכע ער האָט געפילט אין זיי פאַר לוזין אַ נוץ, און דערווייטערט און נישט צוגעלאָזט אַזוינע, וואָס ניט, און וואָס ער האָט געהאַלטן, אַז זיי פּלאָנטערן זיך נאָר פאַר די פיס איבעריקס.

ער האָט די שטוב אויך פון זייטיקן אָנגעלויף פאַרהיט — פון די „קללה”־לייט, פון די האַלבע און גאַנצע משוגעים און קאַליקעס, וועלכע האָבן זיך אָפט געקליבן ביי די פענצטער אַמאָל בייטאָג, אָדער אָפטער ביינאַכט, ווען פון שטוב האָט זיך אַרויסדערהערט אַ געזאַנג, אָדער גלאַט, ווען די לאָמפּן־שיין האָט, אין דרויסן אַרויסלויכטנדיק, זיי צוגעצויגן...

ער האָט אויך געהאַט פאַרבינדונג מיט דער שטאָט, געוואוסט, וואָס דאָרט קומט פאָר, און וואָס ס׳איז ווערט דערפון לוזין צו דערציילן, און וואָס ניט. ער האָט, אמת, די לעצטע צייט אויסגעמיטן גבירישע הייזער, זעלטן ערגעץ־וואו זיך באַוויזן, זיך אַרויסגערוקט, אַפילו ווען מע האָט אים באַגעגנט און אים אויך, כלומרשט, איינגעלאַדן. דאָך האָט ער, ניט באַזוכנדיק יענע הייזער, געוואוסט וואָס ס׳קומט פאָר אין זיי.

אַזוי האָט לוזי זיך פון אים דערוואוסט די מעשה מיט די פּריצים, אַזוי אויך — דערפון, אַז ביי זיין ברודער משהן גייען די געשעפטן באַרג־אַראָפּ, ווייל אויך ער איז אין יענער מעשה פאַרמישט, און אויך איבער אַנדערע טעמים, ווייל דאָס יאָר איז שלעכט, דער מסחר געשלאָגן, און ס׳האַלט, דאַכט זיך, זאָגט מען, ביי גרויסע אָנזעצן. ס׳האַלט דאַכט זיך שוין באַלד אויך ביי זיין, לוזיס, ברודערס אָנזעץ.

יאָ, סרולי איז געווען אין קורס. סרולי האָט דורך ווענט פאַרנומען אַלץ, וואָס ביי משה מאַשבער אין שטוב געשעט — נישט אויסגעשלאָסן אַפילו אַזאַ זאַך, ביי וועלכער ס׳זיינען גאָר קיין עדות ניט געווען, ווי שמואליקל שלעגערס באַזוך ביי משהן. צי ער האָט זיך זיינע לעכער געהאַט, וואו ער איז דאָס געוואויר געוואָרן, צי ער האָט דאָס אין דער לופט אָנגעשמעקט, נאָר געוואוסט האָט ער עס אויף זיכער. אַ סברה, אַז ער האָט אויך געוואוסט פונעם וויזיט, וואָס איציקל זילבורג האָט געפּראַוועט ביי משה מאַשבער — און וואָס צווישן פיר ווענט און פיר אויגן איז דאָרט צווישן זיי אָפּגערעדט געווען — געוואוסט, אַז, מעגלעך, אינגיכן וועט מען דאָרט אַלץ און אינגאַנצן פון שטוב און געשעפט אויף פרעמדע נעמען איבערשרייבן.

ער האָט געוואוסט און ווי געוואַרט דערויף. ער האָט אַפילו געוואוסט דאָס, וואָס קיינער אין איצטיקן מאָמענט, אַפילו ניט אַליין משה מאַשבער, האָט זיך ניט געקאָנט ריכטן דערויף; דהיינו, אַז משה מאַשבער וועט, סוף־כל־סוף, אַזוי ענג ווערן, ס׳וועט אים אַזוי דער אומגליק צום האַלדז צוטרעטן, אַז ס׳איז ↰ 373 ניט אויסגעשלאָסן אויך אַזאַ זאַך, ווי ער זאָל קומען אַהער צו לוזין, וועלכן ער האָט כמעט צוזאַמען מיט אים, מיט סרולין, פון שטוב אַרויסגעיאָגט, אויף זיך מיט אים עצהן, פאַר אים דאָס האַרץ אויסגיסן און, מעגלעך, אויך אַ טרער לאָזן.

ער האָט דאָס געפילט און אַרויסגעקוקט דערויף. און וואונדערלעך, די לעצטע צייט האָט ער זיך עפּעס צו שטאַרק גענומען צו דער שטוב, זי מער גערייניקט, געזויבערט, אַ גרעסערן לאָמפּ אין שטוב איינגעשאַפט, אַ פיינערן טישטעך אויפן טיש צו באַדעקן, ווי ער וואָלט זיך געגרייט צו גאָר אַ הויכן קבלת־פּנים, אָדער צו גאָר אַ גרויסן יום־טוב. וואָס ער אַליין וועט דערפון האָבן, האָט ער ניט געוואוסט, נאָר ס׳האָט אים גערייצט און געקיצלט אַליין שוין נאָר דער געדאַנק, צוזעענדיק דעם מאָמענט, ווען יענער, משה, וועט אין האַלב אָדער גאַנצער הכנעה לוזיס שוועל אַריבערטרעטן.

ער האָט לוזין ניט דערציילט דערפון, נאָר פאָרויספילנדיק, האָט ער זיך מיטן געדאַנק געשפּילט, און שפּילנדיק, זיך געריכט, און ריכטנדיק זיך, זיינען די הענט ביי אים פול געווען מיט מלאכה: מיט איינשאַפן און מיט איינאָרדענען נייטיקן געמיט און געהעריקע זאַכן צו דער באַגעגעניש.

און אָט איז דער מאָמענט געקומען.

אין איינעם פון די אויפדערנאַכטן, ווען סרולי האָט שוין דערשפּירט משה מאַשבערס באַלדיק אָנקומען, איז ער עפּעס, נישט ווי אַלע אויפדערנאַכט, אומרואיקלעך געוואָרן. ער האָט געזען, אַז קיינע פרעמדע, פון שטאָט־אָנגעקומענע, סיי יונג סיי אַלט, זאָלן זיך היינט ניט איבעריק פאַרהאַלטן. און ווען יאָ פאַרהאַלטן — האָט ער געזען מיט פאַרשיידענע מיטלען און תחבולות זיי וואָס גיכער אַרויסצובאַגלייטן: אייניקע האָט ער געגעבן אַן אָנצוהערעניש גאָר מיט אַ מינע, אַז זיי זאָלן היינט מקצר זיין און זייערע ענינים דערליידיקן, און מיט אַנדערע האָט ער זיך פאַר אָפענע ווערטער ניט אָפּגעשטעלט, און פּשוט זיי דערקלערט, אַז זייער אָנוועזנהייט היינט איז, איבער געוויסע טעמים, ניט געוואונטשן — זאָלן זיי אַוועקגיין און קומען אַן אַנדערשמאָל.

דאָס — מיט פרעמדע. אָפּגערעדט שוין, אַז מיט אייגענע האָט ער זיך שוין גאָר ניט צערעמאָניעט, און גלייך נאָך מנחה־מעריב זיי אַרויסגעמשלחט, זאָגנדיק דערביי, אַז לוזי פילט זיך היינט ניט גוט, און ס׳וואָלט געווען אַ יושר, אַז מע זאָל אים איצט לאָזן צורו.

אַזוי, אַז געבליבן זיינען אין יענע אָוונטן נאָר ער אַליין מיט לוזין. קיינער פון זיי האָט דעם צווייטן ניט געזאָגט גאָרניט, נאָר סרולי האָט, פון בייטאָג זיך נאָך ריכטנדיק, אַלעמאָל דעמאָלט באַפוילן דעם פּאָל צו זויבערן, דאָס גלעזל פונעם לאָמפּ גלאַנציק אויסווישן, אַ נייעם טישטעך פאַרשפּרייטן, די בענק און די בענקלעך אויף די געהעריקע ערטער צעשטעלן, און לוזי האָט, דאָס צוזעענדיק, זיך ניט געחידושט, מחמת אומדערפאַרן, און ער האָט געמיינט, אַז אַלע תמיד איז אַזוי.

↤ 374

און סרולין האָט זיין חוש נישט אָפּגענאַרט.

ס׳איז געווען נאָר איינעם אַ טאָג אין געשעפט, ווען משה מאַשבער איז געקומען אַהיים און מע האָט באַמערקט, ווי ערד איז אויף זיין פּנים. ס׳איז געווען נאָך דעם, ווען ער איז היינט געוואויר געוואָרן, אַז דער זמן פון איינעם אַ גרויסן חוב־וועקסל איז געקומען, וואָס מע האָט עס געמוזט סילוקן, ווייל ווען ניט, איז דאָס דער אָנהויב פונעם סוף: אַלע וועלן זיך דערוויסן, און אַלע מיטאַמאָל וועלן צוטרעטן, און מע האָט געמוזט זען דאָס געלט קריגן.

משה מאַשבער האָט זיך אַפילו געפּרואווט מיט אַלע מיטלען און עצות זען אָפּשטופּן דעם זמן און זיך אויסבעטן אויף שפּעטער, ווייל אַזוינס טרעפט זיך דאָך אויך אַפילו אין גוטע און אין זיכערע צייטן, ווען ס׳מאַכט זיך, אַז ס׳איז גראָד קיין געלט ניטאָ און ווען ס׳פעלט אויך מזומן. יאָ, אין זיכערע צייטן טרעפט טאַקע, און דער, וועמען ס׳קומט און וועלכער ס׳מאָנט דאָס געלט, טראַכט דעמאָלט ניט איבער: שפּעטער, איז שפּעטער; און אויך דער, פון וועמען ס׳קומט און מע מאָנט דאָס געלט, ווערט פונעם אָפּלייגן און ניט־צו־דער־צייט־צו־צאָלן ניט איבעריק ביי זיך אַראָפּגעפאַלן. אין דער סוחרים־וועלט איז דאָס אַ געוויינלעכע זאַך, און ווען די צייט איז גאָר אַ גוטע, און דער בעל־חוב אַ בטוח, איז שוין אַזוי אויך איינגעפירט, אַז נישקשה, אַז מע צאָלט אויך מיט פאַרשפּעטיקונג.

דאָס מאָל אָבער איז דאָס אוממעגלעך געווען, מחמת דעם שלעכטן שם, וואָס אין דער ענגער צייט האָבן אַלע בטוחים געליטן פון אים, באַזונדערס די, וואָס זיינען פאַרמישט געווען אין דער מעשה־פּריצים, און באַזונדערס און בפרט נאָך אַזאַ, ווי משה מאַשבער ,וואָס בכלל האָט מען זיך וועגן אים שוין שטיל און אָפט געסודעט, אַז ער קראַכט און האַלט ביים פאַלן.

משה מאַשבער האָט זיך געוואָרפן, ווי אַ פיש אויפן ברעג. ער האָט בייטאָג, זייענדיק אין קאָנטאָר, אַלעמאָל אַן אַנדער מעקלער אַריינגערופן און אים שוין כמעט מיט טרערן אין קול, שוין כמעט מיט תחנונים און מיט פאַרשיידענערליי צוזאָגענישן און אָפענעם געבעט זיך געווענדט צו זיי, אַז זיי ווייסן דאָך, ס׳איז דאָך נישט דאָס ערשטע מאָל, און זאָלן זיי גיין און יענעם איינרעדן: אפשר וויל יענער פאַר אויסוואַרטן נאָך אַ פּראָצענט, איז נאָך אַ פּראָצענט, אַבי ער זאָל איצט, ווען ס׳איז, ווי די מעקלערס ווייסן, אַלעמען אַזוי ענג, אויף דער הייסער מינוט ניט פאָדערן און מיטן קאַלטן מעסער צום האַלדז ניט צוטרעטן. מעקלער זיינען ניט ווילנדיק אין שליחות געגאַנגען, אפשר האָבן זיי געטאָן, ווי מע דאַרף, אפשר געטענהט, ווי מע טענהט אין אַזוינע פאַלן, און אפשר אויך ניט; אפשר האָבן זיי נאָר לפּנים אויף זיך דאָס שליחות גענומען נישט קענענדיק מעיז זיין, נישט קענענדיק אָפּזאָגן, אָבער אין דער אמתן האָבן זיי דאָס געטאָן האַלב פויל און מיט אַראָפּגעלאָזטע אַרבל, — צי ווייל זיי האָבן אַליין ניט געוואָלט, צי ווייל זיי האָבן געוואוסט, אַז סיי ווי וועט דאָס ניט פּועלן, ↰ 375 און וואָס פאַר אַ תרופות און גרויס היץ זיי זאָלן דאָ ניט אַוועקלייגן, וועט דאָס ניט העלפן.

ווי די מעשה זאָל ניט זיין, צי מחמת יאָ די מעקלערס גוטער ווילן, צי ניט, נאָר אַלע זיי זיינען נאָכן גיין און נאָך נעמען אויף זיך און כלומרשט זיך משתדל זיין ביי יענעם פאַר משה מאַשבער — זיינען אַלע זיי צוריק געקומען נאָר מיט איין תשובה: ניין, ער וויל ניט; ער איז ניט מסכים און טענהט נאָר איינס: קיינע פּראָצענטן מער, נאָר זיין געלט, זיין קרן.

משה מאַשבער איז דערנאָך פון גרויס ערגערניש, ניט וויסנדיק ווי זיך צו העלפן, אַזש אַוועקגעלאָפן צו איציקל זילבורג, וויסנדיק, אַז יענער קאָן אים איצט די אוממיטלבאַרע הילף נישט דערלאַנגען און אַז ביי איציקל זילבורג קאָן ער קריגן גאָר אַן עצה, ניט קיין געלט, און עצות זיינען אים איצט ניט דער עיקר, ווייל דער עיקר מוז ער זיך איצט זען אַרויסכאַפּן פון דער ערשטער צרה, און דערנאָך ערשט וועט מען זען, דערנאָך וועט ער זיך מיט איציקל זילבורג שוין וועגן איבעריקן עצהן.

גראָד האָט ער נאָך איציקלען אין דר׳היים ניט געטראָפן, און ער האָט געמוזט ווירטן ביי יענעם אין שטוב, וואו ס׳איז אים גאָרנישט אָנגענעם געווען, מחמת מורא, ער זאָל זיך ניט אָנשלאָגן אויף פרעמדע מענטשן, וועלכע וועלן זען, מיט וואָס פאַר אַן אומגעדולד ער וואַרט און קוקט אַרויס אויף יענעם...

און דאָך איז ער געצוואונגען געווען. ער איז אין וואַרט־צימער אומגעלאָפן, ווי אַ חיה אין שטייג, הין און צוריק און נאָכאַמאָל צוריק און אַהין; און ווען עמעצער זאָל אים געווען דעמאָלט זען אַזוי אומלויפן, וואָלט ער זיכער זיך געשטויסן, אַז משה מאַשבער האָט איצט עפּעס, ווי אַ מין גיפטיקע פייל אין קערפּער שטעקן, וואָס ס׳איז אי ניט איר ווייטיק צו דערטראָגן, און אויך ניט פון לייב זי אַרויסצושלעפּן.

און אַז ער האָט זיך אויסדערוואַרט, און אַז איציקל זילבורג איז שוין לסוף געקומען, אַזוי האָט משה מאַשבער מער ביי אים ווי געציילטע מינוטן ניט געהאַט און ניט געקאָנט פאַרברענגען. ער האָט זיך כמעט אַפילו ניט צוגעזעצט, ווייל ס׳איז ניט געווען צוליב וואָס; ווייל, ווי געזאָגט, האָט ער, אויסער עצות, קיין אוממיטלבאַרע הילף, ד. ה. קיין געלט מזומן, ביי יענעם ניט געקאָנט אַרויסקריגן. יענער האָט אים נאָר פאַר זיין אַוועקגיין אין זיין פון צרות פאַרטויבטן אויער אַריינגעזאָגט, אַז יאָ, זאָל ער טאַקע זען, משה, אַז וועדליק ער, איציקל זילבורג, פאַרשטייט ווי סע האַלט, איז זאָל ער שוין טאַקע איצט — און וואָס גיכער, איז גלייכער — זיין גאַנצן ענין זען דערליידיקן; ער מיינט וואָס גיכער זיינע געשעפטן און זיין גאַנץ פאַרמעגן — סיי פון באַוועגלעכע און סיי אויך אומבאַוועגלעכע גיטער — אויף אַנדערע נעמען איבערשרייבן, ווייל ווי ער זעט, האַלט עס שמאָל, און ס׳איז, ווי אים דאַכט זיך, שוין די ריכטיקע צייט דערויף. ער הערט, ר׳ משה?...

↤ 376

משה מאַשבער האָט אים אי ווי יאָ, אי נישט געהערט, און פאַרלאָזנדיק איציקל זילבורגס שטוב, האָט ער געפילט, ווי די פייל וואָלט אים נאָך טיפער אין לייב אַריינגעדרונגען, און נישט האָבנדיק, וואו זיך ערגעץ אַנדערש צו ווענדן, איז ער אַהיים אַוועקגעגאַנגען, — ניין, נישט אַוועקגעגאַנגען, נאָר אַוועקגעלאָפן. ווייל דער אימפּעט פון אומלויפן און אומדרייען זיך ביי איציקל זילבורג אין שטוב, בעת ער האָט פריער געוואַרט אויף אים, און דערנאָך שטייענדיק און אומגעדולדיק אים אויסהערנדיק, האָט אים אויך איצט, שוין נאָכן פאַרלאָזן יענעם און אין דרויסן זייענדיק, ניט פאַרלאָזט. אַזוי ווייט, אַז גייענדיק אַהיים דורכן בריק, וואָס פירט פון דעם אייבערשטן טייל שטאָט אין דעם אונטערשטן, דורך יענעם בריק, וואָס טיילט דעם טייך אויף צווייען, איז אַז ער האָט דערזען וואַסער אין טייך, האָט זיך אים עפּעס פּלוצים פאַרוואָלט אַ טרונק, — ניין, ניט קיין טרונק, נאָר זיך באָדן, — ניין, נישט באָדן, נאָר אַריין און מער נישט אַרויס פון דאָרט — באַהיט גאָט און באַוואָרן פון אַזוינע געדאַנקען.

ער איז אַריין אין שטוב, ווי געזאָגט, מיט ערד אויפן פּנים. און ווי גאָר די שטוב־לופט האָט אים עטוואָס באַרואיקט, ווי נאָר דער אימפּעטדיקער געמיט פונעם גאַנצן טאָג האָט זיך אים אַ ביסל איינגעלייגט, אַזוי האָט ער די שטובלייט — זיין ווייב גיטעלע, זיינע איידעמס און זיין עלטערע טאָכטער יהודית — אין אַ באַזונדער אַלקער אָפּגערופן, און דאָרט, הינטער אַ פאַרשלאָסענער טיר, אַ געהיימען פאַמיליען־באַראַט אָפּגעהאַלטן.

ס׳האָט זיך געהאַנדלט וועגן דעם, אַז מע מוז פאַרזעצן דאָס גאַנצע צירונג, דאָס גאַנצע שטוביקע גאָלד־און־זילבער, וואו נאָר ס׳וועט זיך לאָזן. מע דאַרף נאָר באַקלערן, וואו און ביי וועמען, כדי מע זאָל דאָס קאָנען אויף צוריק אויסקויפן, ווען ס׳וועט מעגלעך ווערן, ווייל, פאַר אַלעמען, מוז מען זען אַרויס פון ערשטן חוב, וועלכן מע מוז שוין היינט־מאָרגן דעקן, אים אָפּצאָלן, דעם אָטעם אָפּכאַפּן, און דערנאָך ערשט וועגן איבעריקן אַ טראַכט טאָן. ווייל מיטן איבעריקן האָט נאָך צייט, די איבעריקע זמנים זיינען נאָך אַ ביסל ווייטלעך, און ביז דעמאָלט וועט מען נאָך ווי־ניט־ווי געפינען אַן אויסוועג.

פאַר דער צייט פון דער באַראַטונג איז גיטעלען אַ פּאָר מאָל ניט גוט געוואָרן, און מע איז שטיל געלאָפן פון אירטוועגן אויפן קיך נאָך וואַסער, זי אָפּצומינטערן. נחום לענטשער האָט ניט אויפגעהערט מיט דער בלאַסגעוואָרענער, קורצלעכער נאָז צו שמאָרען און צעטראָגן איבערן צימער אומצושפּאַנען; יהודית, די עלטערע טאָכטער, האָט די גאַנצע צייט די ביינדלעך פון די פינגער געבראָכן און די אויגן פון פאָטער ניט אַראָפּגענומען; און איר מאַן, יאַנקעלע גראָדשטיין, האָט שוין שטיל אויף זיין זשיליעט־קעשענע געקוקט, דאָרט, וואו זיין גאָלדענער זייגער האָט זיך געפונען, ווי זיך אָנפרעגנדיק, צי זאָל ער אים שוין אַרויסנעמען, און גלייך, באַלד טאַקע דאָ אַוועקלייגן, צי ↰ 377 אפשר האָט ער נאָך צייט און ס׳איז נישקשה, מעגלעך, אויך שפּעטער...

אַלע זיינען דערנאָך אַרויס פון צימער האַלב־איינגעבראָכענע. מע האָט איינער אויפן אַנדערן ניט געקוקט, און מע איז זיך צעגאַנגען אין פאַרשיידענע ווינקלען, און געבליבן אין אַלקער איז אַליין נאָר משה מאַשבער מיט גיטעלען, אויף דעם געשפּרעך ווידער צו פירן, זי צו טרייסטן, און אַלעמאָל זי בעטן אָפּצואווישן די טרערן, כדי מע זאָל אויף איר ניט דערקענען, טאָמער קומט אַריין עמעצער אַ פרעמדער, אָדער טאָמער וועט אַ דינסט פון קיך צו איר דאַרפן האָבן. און שפּעטער, נאָך אַ קורצער באַרואיקונג, ווען די בני־בית זיינען זיך ווידער צונויפגעגאַנגען אין עס־צימער, האָט זיך משה מאַשבער דעמאָלט מיטאַמאָל פון זיין זיץ־אָרט ביים טיש אַ הייב געטאָן, און אין קאָרידאָרל, וואו די קליידער־שראַגע געפינט זיך, אַוועק, און זיך אָנגעטאָן צום אַוועקגיין.

— וואוהין אַזוי שפּעט? — האָט מען ביי אים געפרעגט.

— ער דאַרף האָבן.

— איז אפשר וואָלט ער דאָס אָפּגעלייגט אויף מאָרגן.

— ניין.

מע האָט אים שוין מער נישט איבערגעפרעגט, ווייל זעענדיק, אַז ער געפינט אַפילו ניט פאַר נייטיק וועגן זיין באַשלוס אַ וואָרט צו זאָגן, האָט מען שוין פאַרשטאַנען, אַז אים איבעררעדן און אָפּרעדן איז איבעריק, ווייל סיי־ווי וועט ער ניט הערן און פון זיין באַשלוס ניט צוריקקערן.

* *
*

משה מאַשבער האָט איצט, ווי סרולי האָט פאָרויסגעזען זיך אַוועקגעלאָזט צו זיין ברודער לוזי, אַזש אין דעם דריטן טייל שטאָט ,אַזש צו דער „קללה”.

וויסנדיק זיין וואוין־אָרט, אויף וועלכן ער האָט, אַפּנים, שוין פון פריער זיך געהאַט אָנגעפרעגט, האָט ער איצט, אין דעם אייבערשטן טייל שטאָט קומענדיק, פריער געטראַכט וועגן דינגען אַ פורל, אָבער דערנאָך האָט ער איבערגעקלערט און זיך נאָר צופוס אַוועקגעלאָזט.

ס׳איז געווען אַ שטאַרק־פינצטערער האַרבסטיקער אָוונט. אַפילו ווען מיט אַ פורל אַהין פאָרנדיק, האָט מען אויך געקאָנט היפּש בלאָנדזשען, בפרט צופוס, און בפרט אַליין, און בפרט אָן אַ לאַמטערן אויף דעם וועג זיך צו באַלויכטן, איז דאָס שוין אַוודאי געווען אַ וועג אויף קאָפּ־און־פיס און רוק־און־לענד צו צעברעכן.

משה מאַשבער האָט זיך אָבער דערפאַר ניט אָפּגעשטעלט. אַ מין אינערלעכער אימפּעט האָט אים געהאָלפן אין דער פינצטער דעם וועג אויסצוגעפינען און אַריבערצושפּאַנען און אויסמיידן אַזוינע פינצטער־גריבערדיקע און שטאַרק ↰ 378 בלאָטיקדיקע ערטער, וואָס אַפילו די דאָרטיקע איינוואוינער גליקט זעלטן איבער זיי אַריבער און אין זיי ניט צו פאַרזינקען.

ווען עמעצער וואָלט אים דעמאָלט דערזען אין פּנים, וואָלט ער זיך געוויס אויף צוריק געכאַפּט פאַר שרעק. ער האָט געוויס דעמאָלט אויסגעזען, ווי יענער ביבלישער מלך שאול, וועגן וועלכן ס׳ווערט אין אַ געוויס אָרט דערציילט, אַז ווען די פּלישתים האָבן אים אַרומגערינגלט, און ער האָט זיך דערפילט געענגט און צוגעפּרעסט, און אַז ער האָט זיך געווענדט צו גאָט, און גאָט האָט אים ניט געענטפערט, — צו די נביאים, צו די חלומות — און אויך פון זיי קיין ענטפער, איז כאָטש ער האָט פריער אַליין באַפוילן אויסצוראַמען און צו פאַרניכטן אַלע כישופמאַכערינס און טרעפערס פונעם לאַנד, אָבער איצט, ווען ער אַליין אין נויט און געצוואונגען, האָט ער געבעטן ביי זיינע דינער, זיי זאָלן אים אַזאַ איינע, אַ כישופמאַכערין, אויסגעפינען, און אין איינער אַ נאַכט האָט ער זיך אַ פאַרשטעלטער אין פרעמדע קליידער, צו איר זיך אַוועקגעלאָזט... אויך משה מאַשבער איצט אַזוי.

און אָט האָט ער נאָך לאַנגן גיין און אָפטן אָנפרעגן זיך ביי שטאַרק־פאַרשפּעטיקטע דורכגייער, וועלכע האָבן זיך אים אָנגעטראָפן אין וועג, צו לוזיס שטיבעלע זיך צוגעשלאָגן.

ניט אין קיך און ניט אין פאָדערצימיער איז קיינער דעמאָלט ניט געווען. סרולי, וואָס פלעגט מערסטנטייל זיך דאָרט געפינען, איז דאָס מאָל — מיט עפּעס אַ כוונה, צי ניט — גאָר אינגאַנצן פון שטוב דעמאָלט אויסגערונען. ער איז אַוועק אין גאַס צי צו אַ שכן. און אַז משה מאַשבער האָט אַריבערגעשפּאַנט דאָס ערשטע צימער און געזאָלט אַריין אין צווייטן, האָט ער פּלוצים דערזען אַזוינס, וואָס ער וואָלט קיינמאָל ניט געגלייבט, ווען ער דערזעט עס ניט מיט די אייגענע אויגן. ער האָט דערזען שמואליקל שלעגער זיצן ביי לוזיס טיש, און דערצו נאָך — געוויס אַ שיכורן, ווייל זיין בעלמעוואַטע אויג האָט אים איצט אויסגעזען בלאַסער, ווי געוויינלעך, און דערפאַר דאָס צווייטע, דאָס נאַטירלעכע, איז אים ווי אין גוטן בוימל אַרומגעשוואומען.

יאָ, שמואליקל האָט דעמאָלט געהאַלטן ביי יענער מדרגה, ווען דער באַטרונקענער איז גוטמוטיק, ווען ער האָט אַלע גלידער אַזוי איבערגעפולט פונעם געטראַנק, אַז ער קלייבט זיך אָדער באַלד אַנטשלאָפן ווערן, אָדער ווען אַפילו ניט, איז ער שוין אָבער אַזוי ווייט פון געטראַנק באַהערשט, אַז אויף קיין גאָר גרויסע סקאַנדאַלן, ווען אַפילו בטבע איז ער יאָ אויף אַזוינס פייאיק, איז שוין איצט פון אים ניט צו וואַרטן. אין בעסטן פאַל איז ער פייאיק נאָר אויף ווען־ניט־ווען נאָך אויפצופלאַקערן, אָבער באַלד זיך אויסלעשן און גלייך פונעם שיכורן אימפּעט נאָכצוגעבן.

אַ גרעסערער חידוש, ווי שמואליקל, האָט משהן אָבער אויסגעזען דאָס, וואָס לוזי איז געזעסן אויבנאָן ביים זעלבן טיש אַזוי רואיק און אַזוי גלייכגילטיק, ↰ 379 גלייך יענער, שמואליקל, וואָלט אין דער אמתן גאָר ביים טיש ניט געווען, אָדער ווען יאָ, און אַפילו יאָ באַמערקט פון לוזין, איז ער אים לחלוטין ווי ניט אָנגעגאַנגען, עלעהיי אַ קינד, אָדער עלעהיי נאָר אַ היימישער וואָלט פון שוואַכקייט, אָדער פון שפּעטער שעה, אין זיין אָנוועזנהייט אַנטשלאָפן געוואָרן.

אַז משה מאַשבער איז אַריבער די שוועל, האָט אים, כאָטש שיכור, דאָך דער ערשטער דערזען שמואליקל. ער האָט זיך, אַ שטאַרק־באַטרונקענער און איבערגעלאָדענער, געפּרואווט פון אָרט אַ הייב טאָן און אים אַנטקעגן גיין, ווי וועלנדיק ביי אים מחילה בעטן פאַרן לעצטן וויזיט ביי אים די לעצטע טעג, אָדער — ווער ווייסט! — שיכורערהייט אפשר נאָכאַמאָל מיט די זעלבע רייד, וואָס ביי אים אין שטוב דעמאָלט, אַרויסצופאָרן.

משה מאַשבער האָט זיך דערשראָקן, ווייל אַלץ־אַלץ, נאָר אַזאַ זאַך, אַז ער זאָל ביי זיין איצטיקן באַזוך, ווען ער איז מיט אַ פולן בוזעם בראָך געקומען, און אויך, מעגלעך, מיט פיל חרטה, וואָס ער איז זיין ברודער אַן עוולה באַגאַנגען, און איז צו אים איצט געקומען אי זיך אויסעצהנען, אי יענעם, דעם ברודער, איבערבעטן, — אַז אין אַזאַ מאָמענט זאָל ער זיך גאָר צום אַלעמערשטן אויף אַזאַ, ווי אויף שמואליקלען, שוין ביי דעם אָנהייב שוועל, ביי זיין אַריינקומען, זיך אָנשלאָגן, — אַלץ־אַלץ, נאָר דאָס האָט משה מאַשבער געוויס גיט דערוואַרט.

ער איז געפּלעפט געבליבן און זיך דערשראָקן, אָבער שמואליקל האָט אים גלייך באַרואיקט, און אויף וויפיל די צונג און דאָס לשון האָט אים געדינט, אויף וויפיל ער איז אין יענעם מאָמענט געווען באַלעבאָס איבער זיך, אויף אַזויפיל האָט ער זיך באַמיט זיין קול צו פאַרווייכערן, און זיין גאַנצער שיכורער באַנעם און זיין באַוועגונג, וואָס ער האָט געמאַכט, פון זיין זיץ־אָרט זיך אויפהייבנדיק און משהן אַנטקעגן־גיין וועלנדיק, איז געווען, ווי אויף שלום, ווי אויף אים צו באַרואיקן, און ווי אים צו פאַרזיכערן, אַז איצט איז ער ניט ער, אַז איצט איז ער אין קיין שלעכטער שליחות ניט געקומען, און אַז, בכלל, דאָ, ביי לוזין, איז ער אַן אַנדערער און קיין מורא האָבן פאַר אים איצט איז ניט שייך.

— דאָ בין איך ניט איך. דאָ בין איך ניט שמואליקל... — האָט ער, אויף וויפיל די צונג האָט אים געקלעקט, טאַקע אַרויסגעזאָגט מיט אַ שמייכל.

ער האָט זיך צוריק אַראָפּגעלאָזט אויף זיין אָרט, אויף זיין בענקל, און איידער לוזי האָט שמואליקלס באַוועגונג באַמערקט, איידער ער האָט אַרויסדערהערט זיינע ווערטער, און איידער ער האָט באַמערקט, צו וועמען זיי זיינען געווענדט געווען, אַזוי האָט שוין יענער, שמואליקל, דעם קאָפּ געהאַט פאַרלוירן און פון שווערקייט און איבערגעלאָדנקייט אים אויף דער ברוסט און אויף דער באָרד אַראָפּגעלאָזט, און אַזוי, באַלד טאַקע, אויך איינגעשלאָפן.

מיר ווייסן ניט, וועמעס אויפטו איז עס געווען — דער איצטיקער באַזוך שמואליקלס צו לוזין. צי האָט דאָס סרולי מיט אַ כיוון און אומיסטן אַזוי ↰ 380 איינגעאָרדנט — אַלעמען, די סאַמע נאָענטסטע, אַוועקשיקן, און דווקא אַזאַ, ווי שמואליקל, אין שטוב צו לאָזן. מעגלעך, אַז יאָ; מעגלעך אָבער אויך, אַז ס׳איז קיין סרוליס מיין דערביי, בלויז אַ הוילער צופאַל נאָר, וואָס בשעת סרולי איז אַרויס פון שטוב, איז שמואליקל אַריין, און ס׳איז ניט געווען ווער ס׳זאָל אים צוריק אַרויסשטעלן. ווייל, ווי געזאָגט, האָט מען דאָך קיינמאָל קיינעם דאָרט ניט געוויזן די טיר אויף אַרויסגיין, באַזונדערס, אין סרוליס אָפּוועזנהייט, ווען ס׳איז ניט געווען, ווער ס׳זאָל דאָס טאָן. ווי ס׳זאָל ניט זיין, נאָר שמואליקל, ווייזט אויס, איז שוין דאָ, אַפּנים, ניט איין מאָל אין אָט דער שטוב אַ גאַסט געווען... וואָס ער האָט דאָ געטאָן, וואָס ער האָט באַדאַרפט און וואָס באַקומען פון יענער שטוב — איז ניט באַוואוסט, נאָר אַליין די ווערטער זיינע, אַז דאָ איז ער ניט ער, אַז דאָ איז ער ניט שמואליקל, געזאָגט אין אַ מאָמענט פון גרויס־שיכורלעכער אָפנהאַרציקייט, באַווייזט, אַז אמת, אַז דאָ, ד. ה. דעמאָלט, ווען ער פלעגט אַהער אַמאָל אַריינקומען, איז ער געוויס געקומען מיט אַן אַנדער מיין און מיט אַן אַנדער זינען, ווי ערגעץ אַנדערש. אַלנפאַלס, אויף שלאָגן זיך געוויס ניט. ער איז זיכער געקומען מעגלעך זיינע שלעגערשע בלוטן זיך דאָ צו קילן, און אויף וויפיל אין אַזאַ לופט, אין דער לופט פון אַזאַ, ווי לוזי, האָט זיך אַזאַ איינער, ווי שמואליקל, געקאָנט פילן אַנדערש אַביסל, ווי ער איז באמת, — אויף אַזויפיל האָט ער זיך, ווייזט אויס, טאַקע געפילט: אין משך פון דער צייט, וואָס ער האָט דאָ פאַרבראַכט, זיך געהאַלטן לייטישער, געשטילט, און ווי אַליין פון עמעצנס גרויסקייט געשלאָגן, און אויף אַ קליין ביסל, מעגלעך, דעמאָלט טאַקע זיין אייגנטלעכע האַנט־מלאכה פאַרגעסן.

און אָט, אַז שמואליקל האָט דעם קאָפּ פאַרלוירן, האָט לוזי אויפגעהויבן דעם קאָפּ און אויף דער שוועל זיין ברודער משהן דערזען.

ס׳איז געווען פאַר אים אַ גרויסע איבערראַשונג. ער האָט זיך ניט געריכט אויף אים, כאָטש זיין לאַגע האָט ער געוואוסט, לויט סרוליס ידיעות, וואָס ער האָט אים געבראַכט, איבערגעגעבן און דערלאַנגט; דאָך, אַז דאָס זאָל דינען פאַר אַ סימן, און אַז ס׳זאָל שוין אויך אַזוי ווייט האַלטן, אַז יענעמס האַרץ זאָל זיין אַזוי שווערמוטיק געבראָכן, אַז אין אַ פינצטערן, האַרבסטיקן אויפדערנאַכט זאָל ער זיך אויפהייבן פון זיין גבירישער נעסט און זיך אַראָפּלאָזן אַזש אַהער, צו אים, צו לוזין, אין אַזאַ ווייטן מהלך, אין אַזאַ פאַרוואָרפעניש, אין אַזאַ שטיבעלע, אַזש ביי דער „קללה” — אין אַזאַ זאַך האָט לוזי געוויס ניט געגלייבט.

ער האָט דערום אויף קיין כבוד נישט געקוקט, און אַזוי ווי יענער איז זיין גאַסט, דערצו אַ ברודער, דערצו אין אַזאַ ענגער צייט, וואָס ווען ניט זי, וואָלט ער אים זיכער ניט געזען אויף זיין שוועל אַרויפטרעטן — האָט ער זיך ↰ 381 דערום אויפגעהויבן, אים אַנטקעגן געגאַנגען און אים אין שטוב אַריין איינגעלאַדן.

— האַ, משה, וואָס מאַכסטו? ווי גייט עס? קום אַריין.

— שלום, — האָט אים יענער אַ האַנט דערלאַנגט, אָבער זיך ניט גערירט און אויף זיין אָרט געבליבן, טיפער אין צימער ניט אַריינגעקומען, און ווי נאָך ניט אָנגענומען לוזיס איינלאַדונג.

ער האָט לוזין אויפן שלאָפנדיקן שמואליקל אָנגעוויזן, און ווי אין גרויס חידוש און פאַרוואנדערונג ביי אים אַ פרעג געטאָן:

— וואָס טוט זיך דאָ ביי דיר? וועמען נעמסטו דאָס אויף אויג אויף אויג — אַזאַ־אָ? — דאָ געמיינט שמואליקלען, נאַטירלעך, און פון משהס טאָן האָט זיך געלאָזט פילן, אַז ער האַלט יענעם פאַר אַ פּשוטער געפאַר, וואָס אין אַ ליאַדע אָנשטענדיק הויז זעט מען אַזוינע אויסצומיידן און וואָס ווייטער זיך האַלטן פון זיי.

— וועמען מייסטו דאָס? — האָט זיך לוזי, אויך פון זיין זייט פאַרחידושט אַרומגעקוקט, ווי אויפן געדאַנק וואָלט אים אַפילו ניט געקומען, אַז די שלעכטע מיינונג וועגן אויפנעמען נישט־געהעריקע אָדער נישט־געוואונטשענע באַציט זיך אין דעם פאַל צו דעם, וואָס ער זיצט ביי זיין טיש בשלום, שלאָפט מיטן קאָפּ צו דער ברוסט אָנגעבויגן, ווי אַ קינד, אָדער ווי אַן אַנדער אייגענער, וועמעס שלאָף קאָן קיינע חשדים און פאָרוואורפן נישט אַרויסרופן.

— וועמען מיינט ער עס?

— אָט, — האָט משה אָנגעוויזן זיין ברודער, — ווי קומט ער גאָר צו דיר? צי ווייסט לוזי, פון וואָס יענער לעבט און מיט וואָס ער באַשעפטיקט זיך?

— ער ווייסט. נו, איז וואָס? און אַז ער זאָל אים ניט אויפנעמען, ניט אַריינלאָזן, מיינט משה, אַז ס׳וואָלט געווען בעסער פאַר יענעם?

— פאַר יענעם — ווייסט ער ניט, נאָר פאַר לוזין — געוויס, — און אָט די משהס ווערטער האָבן געזאָלט באַטייטן: ס׳איז דאָך אַ שטאָט־גזלן, אַ הפקר־מענטש, אַ רוצח, וואָס ווערט געשיקט אין אַלע העסלעכסטע שליחותן און וואָס פירט זיי אויס מיט די הענט, מיט שלאָגן ביז בלוט, און באַקומען באַצאָלט דערפאַר, און „אויף זיין שווערד, הייסט עס, טוט ער לעבן”. איז ווי לאָזט מען אַזוינס גאָר די שוועל אַריבער?

און דאָ האָט שמואליקל פּלוצים פון שלאָף זיך אויפגעכאַפּט, אויף איין מינוט דעם קאָפּ אויפגעהויבן, די אויגן געעפנט און שיכורלעך־בלינדלעך און בוימלדיק־פאַרלוירן זיך אַרומגעקוקט.

— אונדזער געלט! — האָט ער אויסגעשריגן זיין געשריי, צו וועלכן ער איז געוואוינט און וואָס איז שטענדיק אויף זיינע ליפּן, סיי ווען ער ווענדט דאָס אָן אין דער ריכטיקער צייט אויפן ריכטיקן אָרט, ד. ה., ווען ער איז ניכטער און אין אַ שליחות, סיי ווען באַטרונקען, ווען אויך נישט אין דער ↰ 382 צייט און נישט אויפן אָרט. און דערזעענדיק איצט פאַר זיך משה מאַשבער, האָט זיך אים אויף אַ קליינער וויילע דער מוח און זינען אויסגעלייטערט, און צוליב יענעמס כבוד וועגן האָט ער ווידער, ווי פריער, ווי בעת דער באַגעגעניש, אַ גוטמוטיקן און בשלומדיקן זאָג געטאָן: „ניט צו אייך גערעדט, ניט אייך געמיינט, ר׳ משה”, און ער האָט זיך צעשמייכלט און איז ווידער איינגעשלאָפן.

— אָט האָסטו אים, — האָט דאָ משה לוזין אַ וואונק געטאָן אויפן איינגעשלאָפענעם, — אָט דאָס איז ער. איז ווי קומט ער אַהער, און וואָס איז זיין עובדה דאָ?

— דאָ? וואו דען זאָל ער זיין? — האָט לוזי, ווי ברוגזלעך אָפּגעענטפערט און שוין מיט אַ געוויסן טייל תרעומות אויף משהס פראַגעס אַ זאָג געטאָן: — וואו דען זאָל ער זיין? דו וואָלסט דאָך אים געוויס ניט אַריינגעלאָזט.

— ניין, פאַרוואָס? — האָט משה אויך מיט תרעומות און אַ ביסל שפּאָטיש דערווידערט, — כ׳האָב די לעצטע צייט געהאַט דעם כבוד אים אויך ביי זיך צו זען און צו האָבן — אָט ווי דו קוקסט אים אָן, אָבער ניט קיין שלאָפנדיקן, ווי ביי דיר, נאָר מיט זיינער אַ געוויסער שלאָג־שליחות. ער איז געקומען אין נאָמען פון איינעם אַ „קעצעלע” געלט מאָנען, כאָטש נאָך פאַרן זמן, און האָט שוין רעכט אין טיש געקלאַפּט און אַלע שטוביקע מיר איבערגעשראָקן.

און ערשט דאָ האָט משה געפאָלגט דעם ברודערס איינלאַדונג זיך צוזעצן און צו דערציילן דאָס, וואָס ביי אים קומט פאָר די לעצטע צייט אין געשעפט, אין שטוב, און איבערהויפּט — וועגן די שוועריקייטן, וואָס ער האָט אויסצושטיין, און וועגן וועלכע לוזי האָט מן הצד, מיט אַ שפּיץ אויער נאָר פון זיי געהערט, און איצט, דערזעענדיק משהן אין שטוב ביי זיך, האָט ער ווי געוואָלט פון זיי גענויער זיך דערוויסן. און משה מאַשבער האָט גענומען פון ענין צו ענין איבערגיין, אויסדערציילן און וועגן אַלץ באַריכטן, און אגב, האָט ער דערציילט, אַז ס׳האַלט ביי אים שוין ביי דעם, אַז ער גייט נאָר־וואָס פון דר׳היים, וואו ס׳האָט זיך געהאַנדלט וועגן דעם, אַז מע מוז וואָס גיכער דאָס שטוב־צירונג — סיי זיינס, סיי די קינדערס — פאַרזעצן, כדי וואָס גיכער זיך באַפרייען פון איינעם אַ חוב, וואָס מע מוז אים שוין תיכף, טאַקע די טעג צאָלן, וואָרעם אויב ניט, איז ער באַנקראָט, און אַלע די, וואָס ס׳קומט זיי און וועמען ער איז שולדיק, וועלן צוטרעטן און זיך אָנלויפן.

ער איז געענגט און דערוואָרגן. ס׳האַלט אויך דערביי, אַז ער וועט אינגיכן מוזן די שטוב, די געשעפטן און אַלץ, וואָס ער פאַרמאָגט, אויף פרעמדע נעמען איבערשרייבן, ביז ער וועט זיך אויסדרייען און צוריק צו זיין פריערדיקן שטאַנד קאָנען קומען. אַזוי האָט אים גע׳עצהט זיין פאַרטרויאונגס־מאַן, זיין אַדוואָקאַט, איציקל זילבורג, מיט וועלכן ער און אַלע עצהן זיך אין אַזוינע צייטן, און אַזוי טראַכט ער שוין אַליין אויך. און דאָס, — האָט דאָ משה צוגעגעבן, — האָט אים איצט געבראַכט אויך אַהער, צו לוזין. ערשטנס, זיך מיט ↰ 383 אים אויסעצהן פאַר דעם, איידער ער דאַרף אַזוינע פאַראַנטוואָרטלעכע טריט אָננעמען; צווייטנס — אים איבערבעטן און די פריערדיקע ברידערלעכע באַציאונגען אויפשטעלן, ווייל וועמען האָט ער נאָך אַזאַ נאָענטן, ווי אים: און דריטנס, אים, לוזין, טאַקע פאָרלייגן און ביי אים בעטן, אַז אויב ס׳איז נאָר מעגלעך, זאָל ער לאָזן אויף זיך, אויף זיין נאָמען, משהס שטוב איבערשרייבן. ווייל אַלץ, אַחוץ דער שטוב, וועט ער אויף די נעמען פון די איידעמס קאָנען איבערפירן, אָבער גאָר אינגאַנצן אויף זיי לאָזט זיך ניט: די וועלט וועט שרייען, און די, וועמען ער איז שולדיק, וועט דאָס שטאַרק די אויגן אויפרייסן: פאַרקויפן זי אַצינד, די שטוב, קאָן ער ניט, ווייל אי קיין בעלנים וועט ער אַזוי גיך ניט קריגן, אי אויך דערפאַר, וואָס אין אַזוינע טעג, אַז מע וועט הערן, אַז ער האַלט ביי דער שטוב צו פאַרקויפן, וועט דאָס זיין דער לעצטער סימן, אַז דאָס, וואָס מע זאָגט אויף אים אין שטאָט, און אַז די קלאַנגען, וועלכע טראָגן זיך אום וועגן זיין לאַגע, זיינען ריכטיק; און וואָס דאָס באַטייט פאַר אַזאַ, ווי משה, אין אַזאַ צייט, — קאָן ער אים, לוזין, גאָר ניט אויסמאָלן. פאַרזעצן זי ווידער ביי אַ פרעמדן און באַקומען אויף איר אַ געוויסע סומע, וואָס אַן אַנדערשמאָל וואָלט זיך דאָס זיכער יאָ געלאָזט — קאָן ער אויך ניט איבערן זעלבן אויבן געזאָגטן טעם, ווייל די זאַך וועט גלייך באַוואוסט ווערן, און דער לעצטער צוטרוי צו אים וועט אונטערגעריסן ווערן. אַזוי אַז איין אויסוועג פון איין נאָר מעגלעכקייט זעט ער איצט אַרויס — דאָס איז, אויף אַן אייגענעמס, אויף אַ זיכערן נאָמען זי אין דער שטיל איבערשרייבן, ווי ער וועט טאָן מיטן איבעריקן — מיט דעם נאַפט־ און אייל־געשעפט, אויך מיט דער קאָנטאָר.

— אי, נו, — האָט דאָ לוזי אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ און זיך אַ קרים געטאָן, ווי אויף אָפּזאָגן פון אויף ניט וועלן. אָבער משה האָט אים דערצו ניט דערלאָזט.

— אמת, — האָט משה אַ זאָג געטאָן, — ער ווייסט, אַז לוזי איז קיין געשעפטס־מאַן, לוזי האָט זיך קיינמאָל מיט אַזוינס ניט פאַרנומען, אָבער דאָ, אין דעם פאַל, דאַרף ער גאָרנישט ניט טאָן. ער קאָן זיך זיצן אין דר׳היים, און אַלץ וואָס מע דאַרף, וועט זיך אָפּטאָן אָן אים, ער דאַרף גאָר די דערלויבעניש געבן, ער דאַרף נאָר וועלן און צושטימען, פון אַלץ איבעריקע וועט שוין דורכמאַכן זיין פאַרטרויאונגס־מאַן, זיין אַדוואָקאַט, איציקל זילבורג.

— ניין, — האָט דערויף לוזי שאַרף געענטפערט, — ער וויל ניט און ער בעט אים פון דעם אים באַפרייען.

— פאַרוואָס? — האָט משה געפרעגט.

— ווייל ער האָט קיינמאָל מיט זיין נאָמען ניט געהאַנדלט און ער זאָגט זיך אויך אָפּ מיט אים וועמענס־ס׳ניט־איז עוולות צו פאַרשטעלן.

— וואָסערע עוולות? — האָט משה אַ פרעג געגעבן. — ס׳איז דאָך דער ↰ 384 דרך העולם. אַזוי פירן זיך אַלע, ווען ס׳ענג און ווען ס׳מאַכט זיך, ווען מע דאַרף אַ שווער שטיקל צייט איבערוואַרטן. אַזוי טוען דאָך אַלע סוחרים.

— סוחרים — יאָ, און איך — ניט, און איך בעט מיך באַפרייען.

— איז, הייסט עס, זאָגט ער זיך אָפּ אין אַזאַ צייט אין אַזאַ זאַך אים אַרויסצוהעלפן?

— יאָ, ווייל, ערשטנס, האָט דערויף לוזי געענטפערט, — איז דאָס ענגעניש, ווי ער זעט, גאָר ניט אַזוי גוואַלדיק, פאַראַן מענטשן, וואָס זיינען פיל געענגטער און וועלכע האָבן זיך אין דעם זין גאָר קיינמאָל גראַם ניט געפילט, און מע פּילדערט ניט, מע שרייט ניט, און מע האַלט גאָר ניט, אַז דאָס, וואָס מזלות האָבן אָנגעצייכנט און אָנגעשריבן אויף אַ געוויס שטיקל צייט, איז דאָס שוין אויף אייביק, און ס׳טאָר גאָר קיינמאָל ניט איבערגעצייכנט און איבערגעשריבן ווערן אַנדערש.

— וואָס הייסט? — האָט דאָ משה געפרעגט.

— מה־רעש? — האָט דאָ לוזי געענטפערט. — ווייל וואו האָט דאָס משה גענומען, אַז דאָס, וואָס ס׳איז אים געגעבן געוואָרן, ווי אַ מין פּיקדון — ווי אַ פרעמדנס אַ זאַך אויף אַ שטיקל צייט נאָר דאָס אויסצובאַהאַלטן — איז דאָס אים איבערגעגעבן אויף באַשטענדיק? ווער האָט דאָס אים געזאָגט, און ווער פאַרזיכערט? און וואָס שרעקט ער זיך אַזוי און איז אַזוי צעטומלט, ווען דער, צו וועמען די זאַך געהער, איז זי איצט געקומען אָפּצונעמען: גרעסערע און חשובערע זאַכן ווערן דאָך געגעבן אויף אַ צייט...

— וואָס זשע? — האָט דאָ משה אַ פרעג געגעבן. — ער האָט דען, חלילה, זיין גוטס געגנבעט, ער זאָל דאָס ניט טאָרן האַלטן פאַר זיינס? און פאַרוואָס איז אים פאַרבאָטן דאָס אָפּצוהאַלטן פון אַנטלויפן און דאָס אָפּהיטן פאַר זיך אויף באַשטענדיק? ס׳איז דען, חלילה, גנבה, וואָס ער האָט קיין רעכט ניט דערויף?

— רעכט — יאָ, — האָט לוזי געזאָגט, — קיין גנבה — ניט, אָבער אַ שכן פון גנבה איז דאָס פאָרט, און אַ סימן: אָט וויל ער דאָס מיט אַלערליי עוולות אויסבאַהאַלטן, אָפּהיטן און פאַרשטעלן.

— ווידער עוולות? — האָט דאָ משה אויסגעשריגן.

— יאָ, און ער איז אַפילו גרייט אויך אים, לוזין, אַריינציען אין אַזאַ ענין, ווי ניט צו דערלאָזן די, וועמען ס׳קומט און וועמען ער איז שולדיק, אַז זיי זאָלן האָבן די מעגלעכקייט אָפּצונעמען דאָס, וואָס ס׳געהער צו זיי דאָך באמת.

— ס׳איז דאָך אָבער נאָר אויף אַ צייט, און אין דער אמתן איז זיין טיק ניט צו בלייבן אָנזעצער.

— משה!— האָט דאָ לוזי אַ זאָג געטאָן, אויפשטעלנדיק זיך בשעתן זאָג פון זיין בענקל, אַזוי אַז ער האָט אויסגעזען מיט היפּש קעפּ העכער פון יענעם — ערשטנס, איבער בכלל זיין הויכער וואוקס, און אויך דערפאַר, וואָס ער ↰ 385 האָט זיך איצט אויפגעהויבן, — משה! איך בין דיר ניט קיין מוסר־זאָגער, און דו וועסט מיך אפשר אויך ניט הערן, נאָר ס׳איז דיר צייט זיך צו באַדענקען, צייט אַ טראַכט אָן, פונוואַנען דו שטאַמסט אַז דו ביסט ניט אויף זייד דערצויגן, און אַז קיין שמאַטעס שטייען דיר נאָך, חלילה, אויך איצט ניט פאָר, און דו מעגסט זיך באַנוגענען מיט דעם, וואָס נאָך דעם, אַז דו וועסט אַלע דיינע חובות אויסצאָלן, וועט דיר נאָך בלייבן, און ניט איינרייסן די וועלט, ווי איך זע, און ניט וועלן דווקא זיך האַלטן מיט אַלע הענט פאַר יענעם הויכן און גליטשיקן שטאַנד, וואוהין דו האָסט אַרויפגעשטיגן... ווייל ווער־ווער, נאָר דו וואָלסט געמעגט וויסן, אַז אין דער אמתן איז דאָס גאָר ניט אַזאַ הייך, און ווען יאָ, איז זי גאָר ניט אַזוי זיכער און זייער קאָפּשווינדלעריש, און מיט אַזוינע מיטלען, מיט וועלכע דו ווילסט דווקא דאָרט פאַרבלייבן פון אויבן, איז ניט פאַר דיר, ניט פאַר אונדז, און ניט פאַר אַזוינע, וואָס זייערע טאַטעס האָבן זיי אַזוינע ירושות געלאָזט און אין זייערע צוואות געטאָן וואָרענען. דערמאָן זיך: ויותר מהמה — שרייבט דער טאַטע אין זיין צוואה, — און מער פון אַלץ — הזהרו, בני — זייט געהיט, מיינע קינדער — פון נאָכצויאָגן נאָך כבוד און נאָך פעלשער עשירות, וואָס ביידע זיי זיינען געגליכן צו יענעם שאָטן, וואָס אַ וואָלקן לאָזט אַמאָל פאַלן אויף דער ערד, וועלכער איז פאַרבייגייענדיק און אָן שום סימן פון איבערבלייב און ממשות.

משה מאַשבער האָט דאָס אַלץ פון זיין ברודער אויסגעהערט, און אים יאָ און נישט פאַרשטאַנען. ווייל כמעט אויף צוויי פאַרשיידענע שפּראַכן האָבן זיי צווישן זיך גערעדט. משה איז אַהער געקומען נאָך טיפער באָדן־ציטערניש פון זיין סוחרים־לאַגע, און דער צווייטער, לוזי, — גאַנץ און לחלוטין ווייט פון אַזוינע דערשיטערונגען — נישט נאָר ער זאָל זיי אויף זיין אייגענעם הויט ווען אַמאָל געווען האָבן געפילט, נאָר אַזוי ווייט פרעמד פון זיי — אַז ער האָט זיי אַפילו מיטן מוח ניט געקאָנט באַנעמען.

ס׳איז אים אַוודאי גרינג געווען צו זאָגן, לוזין: אַ מענטש, וועלכער וואוינט אַזש ביי דער „קללה”, אין אַ קליין געמיטלעך שטיבעלע, אָנגעפירט פון אַן אָרעמער יידענע, צוזאַמען מיט אַ סרולין, וועלכעס, אַז ער וויל, לאָזט ער צו אים קיינעם ניט אַריין, אויסער נאָר — ווי משונה דאָס זאָל נישט אויסזען! — נאָר אַ שמואליקל שלעגער, וועלכער שלאָפט איצט ביי זיין טיש מיטן קאָפּ אויף דער באָרד און ברוסט אַראָפּגעלאָזט; און דאָ זיצט אים אַנטקעגן אַ ברודער, וואָס קומט פון אַזוי ווייט, אַזש פון דעם צווייטן עק שטאָט, פון אַן מוסטער:כתיבאייגעענם, גרויסן און פאַרנעמען הויף, כמעט אַ פּריצישן, מיט אַזאַ פאַרפונדעוועטקייט, מיט אַזאַ נאָמען, און נאָך אַלעם דעם אַזוי געבראָכן — איז דאָך אַוודאי פאַרשטענדלעך, אַז די פּאָר איז ניט געווען קיין גלייכע, און אַז די רייד פון איינעם האָט אין צווייטנס אויער ניט געקאָנט אַריינקומען.

— איז, הייסט עס, — האָט משה, נאָך לאַנגן שווייגן און נאָך דעם, ווי ↰ 386 לוזי האָט אים מער ניט געהאַט צו זאָגן, אַ זאָג געטאָן, — איז, הייסט עס, איז ער געגאַנגען אומזיסט: קיין עצה ניט, קיין ברידערלעכקייט און קיין מינדסטע טובה, אַפילו אַזאַ, וואָס ס׳וואָלט יענעם, לוזין, גאָרנישט ניט געקאָסט? איז, הייסט עס, איז ער געגאַנגען אומזיסט, און לוזי קאָן זיין ביטע ניט אויספילן?

— ניין, ער — ניט.

— ווער זשע יאָ? — האָט דאָ משה אַ פרעג געגעבן.

— ווער? — האָט לוזי אַ טראַכט געטאָן, און דערזעענדיק זיצן דעם ברודער אַ פאַרלוירענעם און אַ שפלן, האָט ער אים געוואָלט כאָטש מיט עפּעס וואָס פאַרגרינגערן און נישט געהאַט מיט וואָס. — ווער, פרעגסטו?

— אָט!— האָט דאָ לוזין פּלוצים דאָס גליק געטראָפן, דערזעענדיק סרולין אויף דער שוועל פון צווייטן צימער... ער האָט די ערשטע רגע, דערזעענדיק יענעם, כמעט באַוואוסטלאָז דעם „אָט” אַרויסגעזאָגט. אָבער גלייך אין דער צווייטער רגע האָט אים דער געדאַנק און דער איינפאַל שוין אויסגעזען גאָר ניט אַזוי קרום, דערמאָנענדיק זיך, אַז משה איז דאָך סרוליס אַ בעל־חוב, און אַז דאָ איז קיין שווינדל, ווייל סרולי האָט דאָך די רעכט, ווי יעדער אַנדערער, פאַר זיין חוב משהס שטוב ביי זיך פאַרמשכנט האָבן; און פון דער אַנדערער זייט, איז ער אויך בטוח געווען, אַז אין סרוליס הענט איז די שטוב אין גוטע הענט, און אַז ער וועט ניט מיסברויכן, משהס שווערע לאַגע נישט וועלן אויסנוצן, און אויב די שטוב איז מער ווערט, ווי דער באַטרעף פון דער הלוואה, וואָס משה האָט ביי אים באַקומען, וועט ער פאַר ווייניקער זי ניט וועלן זיך פאַראייגענען.

— אָט! — האָט לוזי אַ זאָג געטאָן.

— ווער? — האָט משה, דערווייל נאָך סרולין גיט זעענדיק, אין דער ריכטונג פון לוזיס האַנט, וואָס איז געווענדט געווען צו דער טיר, גאָר אַ קוק געטאָן... און אויך ער האָט סרולין דערזען.

ווען אַ קבר וואָלט זיך אים געעפנט, ווען אַ טיפער אָפּגרונט מיט אַלע פּחדים פאַר אַהין אַריינצופאַלן, וואָלט אים פיל ניחאער געווען, ווי אָט דער, וועמען זיינע אויגן האָבן אים איצט אויף דער שוועל שטיין באַוויזן.

— וואָס טוט זיך דאָ? — האָט זיך משה אין גרויס פאַרלוירנקייט און איבערראַשונג אַ טראַכט געטאָן, און די מחשבה האָט אים שיער אָט די ווערטער אויף די ליפּן ניט אַרויפגעבראַכט: — וואָס טוט זיך דאָ? וואוהין האָט ער עס אַריינגעטראָפן? אַ סברה, צו לוזין? איז, ערשטנס, ווי קומט אַהער שמואליקל מיטן שלאָפנדיקן קאָפּ אויף דער באָרד, און צווייטנס — אָט דער, וואָס שטייט אויף דער שוועל, און וועלכער זעט אויס, גלייך ניט ערשט האָט ער אַהין אַרויפגעטראָטן, נאָר ער שטייט שוין דאָרט פון לאַנג און פון יאָרן — ↰ 387 אַזוי קאַלט, אַזוי אומהיימלעך־פאַרגליווערט און אַזוי רואיק־באַאָבאַכטנדיק זעט ער אויס.

— וואָסי? וואָס אַזוי איבערראַשט? — האָט דאָ פּלוצים פונעם אויף־דער־שוועל שטייענדיק סרולין, ווי פון אַ גולם, אַרויסגעזאָגט. — וואָס האָט ער זיך אַזוי דערשראָקן? מע האָט אים דאָ אַ פּאָלע אָפּגעשניטן, אָדער מע קלייבט זיך אים אָפּשניידן, וואָס ער האָט זיך אַזאַ כאַפּ געטאָן, ווי איינער, וואָס האָט אין אַ גנבים־לאָך אַריינגעטראָפן.

און דאָ איז מיט משה מאַשבער ווידער געשען אַ זאַך, וואָס ביי אַזאַ, ווי ער, ווען ער איז ביים זיכערן און קלאָרן זינען, וואָלט עס זיכער נישט געשען: ער האָט סרולין אָפּגעשוויגן, ניט האָבנדיק קיין וואָרט אין מויל. ער האָט זיך, ערשטנס, אויף סרוליס ווייזן זיך נישט געריכט, און אַוודאי שוין נישט דערויף, אַז סרולי זאָל האָבן דעם גאַנצן געשפּרעך זיינעם מיטן ברודער דאָ אויסגעהערט און אַ שטומער עדות זיין דערביי, ווי דער ברודער האָט אים אין זיין געבעטער טובה אָפּגעזאָגט, און ס׳איז אים נאָך ווייניק געווען, דעם ברודער, אַליין דאָס אָפּזאָגן, האָט ער נאָך אויסגעפונען פאַר אים אַזאַ בעל־טובה, וואָס אַליין ווען משה נאָר דערזעט אים, איז אים גענוג, אַז ער זאָל זיך ווינטשן בעסער אַ קבר, בפרט נאָך צו רעכענען פון יענעם כאָטש אַ מינדסטע הילף צו האָבן.

יאָ, משה איז זיכער געווען, אַז סרולי איז די גאַנצע צייט, ווען ער האָט פאַרן ברודער אויסגעלייגט זיין ענגעניש, און דער ברודער פאַר אים האָט די רעדע מיטן מוסר געהאַלטן, איז יענער, סרולי, די גאַנצע צייט טאַקע געשטאַנען אויף דער שוועל און אַלץ אויסגעהערט און ערשט איצט, ווען לוזי האָט אויף אים אָנגעוויזן, איז ער מיט זיין וואָרט אַרויס: „וואָס איז ער אַזוי איבערראַשט, משה?”...

און דאָ איז מיט משהן געשען אַ צווייטע זאַך: פון גרויס אַנגסט און קלעם, אין וועלכע ער האָט זיך געפונען, האָט ער זיך פּלוצים פון זיין בענקל אַ הייב געטאָן און פונעם טיש צו אַ נאָענטער וואַנט עפּעס אַ גיי געטאָן. ער האָט אַליין ניט געוואוסט, צו וואָס ער טוט דאָס, נאָר צי מחמת בזיון, צי מחמת גרויס אויפגערודערטקייט. האָט ער סיי דעם ברודער און סיי סרולין אין די אויגן ניט געקוקט, איז צו דער וואַנט צוגעגאַנגען, און ווי צו אַ שטיל געבעט זיך צו איר מיטן פּנים נאָר אַוועקגעשטעלט. „אוי” — האָט ער, דאַכט זיך, בשעת־מעשה נאָר אַ קורצן זאָג געטאָן, ווי פאַר קיינעם, נאָר פאַר זיך אַליין... ער האָט זיך פאַרגעסן, יענע וויילע פאַר דער וואַנט שטייענדיק, אַ וויילע אָדער צוויי, אָדער אפשר אויך מער, ווי צוויי... און אַז ער האָט זיך צוריק אויסגעדרייט, האָט ער שוין לוזין לעבן סרולין ביי דער שוועל שטיין געטראָפן. עפּעס האָט לוזי, ווייזט אויס, אין דער שטילער מינוט געהאַט געזאָגט און עפּעס איבערגערעדט מיט סרולין, און איצט, אַז משה איז שוין אַן אויסגעקערעוועטער ↰ 388 געשטאַנען, האָט ער שוין געהערט אויך דעם ענטפער סרוליס: וואָס געהער אים, האָט ער ניט דאַקעגן און אין אים איז ניט קיין מניעה... אמת, קיין וועקסלען אויף זיין אייגענער אָרנטלעכקייט גיט ער ניט אַרויס: ער ווייסט ניט, וואָס ס׳קאָן זיך אים פאַרוועלן, זייענדיק באַלעבאָס אויף דער שטוב, נאָר אויב לוזי וויל פאַר אים ערוב זיין, פאַר סרולין, איז מסתם ווייסט ער, איז זאָל ער...

— איך בין ערוב, — האָט דאָ לוזי, זיך ווענדנדיק צו משהן, אַ זאָג געטאָן, גלייך די שטילע מינוט, ווען משה איז געשטאַנען ביי דער וואַנט, איז פון אים, פון לוזין, גאָר ניט באַמערקט געוואָרן, און גלייך אינצווישן איז גאָרניט געשען און ער זעצט פאָר מיט אים דעם געשפּרעך, וואָס אַ וויילע דערפריער האָט ער אים איבערגעריסן.

— איך בין ערוב, — האָט ער געזאָגט.

און דאָ איז מיט משה מאַשבער געשען אַ דריטע זאַך, וואָס אין פלוג אומגלייבלעך, אָבער אַ פאַקט איז, אַז ער האָט איצט מיט גאָרנישט ניט דערווידערט. ער האָט באַלד, נאָך יענער וויילע באַדאַכטקייט פון פאַר דער וואַנט, אויסגעזען אַזוי, אַז וואָס ס׳זאָל איצטער שוין מיט אים ניט געווען פאָרקומען, וואָס זיין אויער זאָל איצט ניט דערהערן, אָדער וואָס זיין אויג ניט דערזען, גייט אים ניט אָן, און קאָן אים מיט גאָרנישט ניט איבערראַשן: — אַפילו ניט אַזאַ זאַך, ווי אַז סרולי זאָל זיין איינגעבעטענער בעל־טובה ווערן, ווי אַז סרולי זאָל אויף אַ לענגערער צייט ווערן דער באַלעבאָס פון זיין הויז — פאַרן חוב, וואָס ער, משה, איז אים שולדיק, און אויך אַדאַנק דעם, וואָס דער ברודער בעט פאַר אים.

משה האָט זיך געלאָזט. ער האָט אויסגעזען, ווי אַן אונטערגעשניטענער, וועלכער האָט אַלע זאַפטן און ליידנשאַפטן אָנגעוואוירן — באַנומען און אויסגעליידיקט, גלייך קיינע בזיונות און נאָך פיל ערגערס שטייט גאָר ניט צו צו אים.

— צי איז ער מסכים, משה, און צי האָט ער פון זיין זייט ניט קעגן? — האָט ביי אים לוזי אַ פרעג געטאָן.

— ניין, ניט, — האָט משה, דאַכט זיך, אי יאָ, אי ניט געענטפערט. זיין ענטפער איז געווען איבעריק: ס׳האָט אויסגעזען, אַז מיט משה מאַשבער האָט מען דעמאָלט שוין געקאָנט טאָן אַלץ, וואָס מע וויל, אַלץ אים פאָרלייגן און אַלץ ביי אים פּועלן, ווייל אויף אַלץ וועט ער באַשטיין.

ס׳האָט אָבער קיינער, נאַטירלעך, ניט אויסגענוצט זיין לאַגע צו זיין ערגער. גלייך האָט אים לוזי דעמאָלט געבעטן זיך ווידער זעצן צום טיש, און גלייך נאָך דעם איז אויך סרולי פון צימער פאַרשוואונדן, און ער האָט זיך אינעם צווייטן צימער, האָט מען געהערט, ווי זיך צו עפּעס גענומען גרייטן: צי צו ↰ 389 אַ מין כיבוד, אָדער טאַקע צו אַ גאַנצער וועטשערע, צו וועלכער לוזי האָט טאַקע באַלד משהן איינגעלאַדן.

און דאָ איז עפּעס ווידער פאָרגעקומען ווי מיט דעם ביבלישן מלך שאול. יאָ, ווי שטייט עס דאָרט געשריבן:

„— איז געקומען די פרוי צו שאולן און האָט דערזען, אַז ער איז זייער איבערגעשראָקן, האָט זי צו אים געזאָגט: „און איצט הער צו דאָס קול פון דיין דינסט, און איך וועל פאַר דיר צוגרייטן אַ ברויטמאָל און עס אָפּ, כדי זאָלסט האָבן כוח, ווען דו וועסט זיך לאָזן אין וועג אַריין...”

יאָ, אַזוי ווי יענע, די כישופמאַכערין, נאָך דעם, ווי זי האָט שאולס וואונטש דערפילט און אים אויפגעבראַכט דעם מת פון קבר, און יענער האָט אים אָפּגעזאָגט דאָס בייזע נביאות, און שאול האָט שוין זיין סוף געוואוסט, האָט זי אים פאַרן אַוועקגיין געבעטן איבערבייסן, ווייל ער האָט נאָך אַ ווייטן וועג ביז זיין סוף, — אַזוי אויך דאָ איז משה מאַשבער צו אַ סעודה איינגעלאַדן געוואָרן נאָך אַ ווייטן וויזיט אַזש צו דער „קללה”, צו זיין ברודער, נאָך דעם, ווי יענער האָט אים ברידערלעך, אָבער בייז אַריינגעזאָגט און אין די הענט פון כמעט זיינעם אַ שונא איבערגעגעבן, און משה האָט, ווי אַ געבונדענער, מחמת אין־ברירה, אויף זיך גענומען אַזוינס, וואָס אַן אַנדערשמאָל וואָלט ער זיך אונטער אַזאַ זאַך געצאַפּלט און געוואָרפן, ווי אַ געקוילעטער.

לוזי האָט געזען דאָס אַלץ אים צו פאַרלייכטערן, אים פון די געדאַנקען אַרויסשלאָגן און אים אַריבערפירן אויף אַן אַנדער געשפּרעך, פון וועלכן ער האָט געהאַט די רעכט צו טראַכטן, אַז יענער, משה, וועט, אַדאַנק דעם צווייטן, אינעם פריערדיקן, אינעם ערשטן, פאַרגעסן.

סרולי האָט זיך דעמאָלט באַוויזן מעשה־סאַרווער, מחמת די באַשטענדיקע דינסט־יידענע איז אין שטוב ניט געווען. ער האָט געבראַכט טיש־געשיר און אַלץ צו דער סעודה נייטיק. ער האָט אויך גענומען שמואליקל שלעגער אויפצואוועקן, אים אויפמונטערן און אים דעם אַראָפּגעלאָזטן, פאַרשלאָפענעם קאָפּ אונטערצוהייבן; זאָל זיך שמואליקל גיין וואַשן, ווייל מע גייט עסן וועטשערע.

אויך משה מאַשבער האָט זיך געוואַשן. און דאָ, ביי דער סעודה, האָט לוזי ביי משהן גענומען אויספרעגן אויף זיינע שטוב־לייט, אויף אַלע, ווי אויך אויף אַלטערן. דערביי האָט משה אַ קליין ביסל אויפגעלעבט. ער האָט, פאַרגעסנדיק אינעם פריערדיקן, איצט דערציילט לוזין, וואָס מיט אַלע, און דערהויפּט מיט אַלטערן, געשעט פאַר דער לעצטער צייט; אַז ער ווערט, דאַכט זיך, געזונט, און אַז ס׳פאָדערט זיך צו אים אַזאַ צוגאַנג און באַציאונג, ווי צו איינעם, וואָס האָט לאַנג די שיין נישט געזען, און אַז ער, משה, איז איצט שטאַרק באַשעפטיקט מיט די אייגענע ענינים, אַזוי אַז ס׳איז זיך אים שווער אָפּצוגעבן צו דעם; און אגב, וואָס געהער דעם געוויסן געשפּרעך, וואָס אַלטער האָט מיט אים די לעצטע צייט געהאַט, און וואָס, — זיצנדיק איצט דאָ ↰ 390 פאַרן טיש, האָט משה, אַ ביסל זיך צובייגנדיק צו לוזין, אים וועגן דעם ווי אין אויער איינגערוימט — איז וואָס געהער אָט דעם געשפּרעך און די שריט, וועלכע משה רעכנט איצט אָנצונעמען, איז אויך נאָך גאָרניט באַשטימט, און ווידער איבערן אויבן געזאָגטן טעם, ווידער איבער די אייגענע געענגטע ענינים משהס.

— מע מוז... מע דאַרף... און אָן שום תירוץ, — איז דאָ לוזי ערנסט געוואָרן, און ער ווידער, פון זיין זייט, האָט — מחמת דער ענין איז אַן איידעלער און אַזאַ, וועגן וועלכן אַפילו מאַנצבילן און אַפילו אַזוינע, ווי ער און משה, רעדן פון אים אויפן וואונק — האָט ער צו משהן אין דער שטיל זיך איינגעבויגן און אים אַריינגעזאָגט דאָס, וואָס ער האָט געהאַלטן פאַר זייער וויכטיק:

שרוי בלא אשה... שרוי בלא בנים...*) — האָט ער געהיים און שטאַרק צוטרוילעך אַרויסגעזאָגט יענע ווערטער, וואָס באַטייטן פאַר אַזוינע, ווי לוזי, אַ פאַרברעכן, אין אַלע פאַלן, און אַפילו אין אַזאַ אומגליק־פאַל, ווי דאָ, ווי מיט אַלטערן.

— מע דאַרף... מע מוז... און וואָס גיכער, איז גלייכער, — האָט ער ווידער שטיל און זייער ערנסט צוגעגעבן.

די שטילע סעודה פון די דריי אָנטיילנעמער אין איר — פון לוזין, משהן און שמואליקלען, ווי אויך פון דעם פערטן, פון זייער באַדינער סרולין, וועלכער האָט זיך אויך פון צייט צו צייט, בעת די איבעררייסן פון צווישן איינמאָל און צווייטן מאָל דערלאַנגען, שטיל און נישט רעדנדיק צום טיש צוגעזעצט — האָט זיך שוין באַלד געהאַט פאַרענדיקט.

שמואליקל האָט בעתן עסן אַלעמאָל דעם קאָפּ געהאַט פאַרלוירן, נאָר מחמת אַכטונג צו זיינע מיטעסער, האָט ער זיך באַמיט האַלטן לייטיש, און ווען ער האָט זיך יעדעס מאָל אויפגעכאַפּט פון שלאָף, האָט ער אויפגיך גענומען עפּעס קייען, אָבער אומאַפּעטיטלעך, פויל און שלאַבעריק, און ער איז ווידער מיטן ביסן אין מויל איינגעשלאָפן. נישט משה, נישט לוזי, אויך נישט סרולי האָבן שוין אויף אים קיין אַכט ניט געלייגט, און געקוקט אויף אים האָט מען נאָר, ווייל ער איז אַ דריטער און צום בענטשן וועט ער זיין אַ מזומן.

*) לעבט אָן אַ ווייב... אָן קינדער...

משה האָט ווי אין האַלב־טשאַד דערציילט, וואָס ער האָט געהאַט צו דערציילן; מינוטנווייז האָט ער שוין אַפילו פאַרגעסן, אַז דאָס איז ער אַ צייט נאָכן צעשיידן זיך מיטן ברודער איצט מיט אים זיך ווידער צונויפגעגאַנגען; פאַרגעסן אַפילו צוליב וואָס, אייגנטלעך, ער האָט אַ ווייטן מהלך אין דער פינצטער און אין חושך אַזש פון דעם פאַרמעגלעכן טייל שטאָט אַהער אין קבצנות, אין קויט, אין האַרבסט און אינעם ביינאַכט זיך אַריינגעשטעלט. אַזאַ צושטאַנד איז ביי אים געווען און אַזאַ שטימונג האָט אָט דאָס שטיבעלע געשאַפן ↰ 391 — מיט לוזין, סרולין און דעם שלאָפנדיקן שמואליקל — אַז משה האָט נאָכגעביק, האַלב־פויל און צוגעשלאָגן געקאָנט איצט אָננעמען אַן איינלאַדונג אַפילו דאָ איבערצונעכטיקן, ווי ער האָט פריער אָנגענומען די איינלאַדונג אויף זיך וואַשן, גיין צום טיש און זיך באַטייליקן אין דער שטיבלדיקער וועטשערע.

יאָ, די סעודה האָט שוין געהאַלטן ביי ענדע... נאָר דאָ, אינמיטן דרינען, האָט אויף דער שוועל פון עס־צימער זיך באַוויזן אַ פּאַרשוין — אַ משונהדיקער, אַן אויסטערלישער, אַן אומגעריכטער פאַר אַלע, אָבער באַזונדערס פאַר משהן, וואָס זיינע אויגן זיינען אָפּגעוואוינט פון אַזוינע, ווייל ביי זיך אין שטוב האָט ער שוין מסתם יאָרן און צייטן זיך אַפילו ניט פאָרגעשטעלט די מעגלעכקייט מיט אַזוינע מיט די בליקן זיך אָנצושלאָגן.

דאָס איז געווען פּושקע, פּושקע מיט די צען צענערס... קיינער האָט ניט געהערט, ווי ער האָט אויף אַריינגיין די טיר אין קיך און אין פאָדערצימער געעפנט; קיינער, אַפילו ניט אַזאַ, ווי סרולי, האָט זיין דערנעענטערן זיך צו דער טיר אין עס־צימער ניט דערפילט.

ער איז געשטאַנען אין דער עפענונג פון דער טיר מיטן גאַנצן פּאַק בגדים און טראַנטעס אָנגעפּעלצט, פאַרנעמענדיק די גאַנצע ברייט אירע, און מיט זיין שטילקייט און גאָרנישט־ניט זאָגן, מיט זיין אָנגעדראָלנקייט און געפּאַקטקייט, און מיט דעם שוואַרצן פּנים פון קיינמאָל ניט געוואַשן, און מיט די ווייסלעכער פון די אויגן, וואָס האָבן, אַדאַנק דער אומגעוואַשנקייט פון פּנים, נאָך בלאַסער אויסגעזען, ווי אַפילו ביי אַזאַ, ביי וועלכן ערד־אַרבעט איז זיין מלאכה — איז ער אַזוי דאָרט שטיין און שטעקן געבליבן, אויף דער טיר, ניט אַריין און ניט אויף צוריק אַרויס. אַליין דער ריח, וואָס האָט פון אים אַ גיי געטאָן, האָט אַלעמען אין דער נאָז אַ זעץ געגעבן, און משה, וואָס איז ביז אַהער די גאַנצע צייט געזעסן, גלייך אַזאַ, וואָס גאָרניט קאָן אים שוין נישט איבערראַשן, האָט אָבער דאָ, דערזעענדיק פּושקען און דערפילנדיק זיין העסלעכן שווער־עיפּושדיקן און פאַרדומפּענעם ריח צו אים אין נאָז דערלאַנגען, האָט זיך אַ כאַפּ אויף געטאָן: דער גביר, דער מפונק האָט זיך אין אים דערוועקט; און בשעת סרולי, וואָס אויך ער איז איבערראַשט געווען, האָט צו פּושקען דאָס מאָל דאָך גוטמוטיק און אַפילו צופרידן און מיט וואוילגעפעלן אויסגעשריגן: „פּושקע, פּושקע מיט די צען צענערס!” — איז אין דער זעלבער צייט משה פון פּושקעס באַווייזן זיך ווי אויפגעטראָגן געוואָרן, און אַלע די באַליידיקונגען און מיסדערפאָלגן פון ביז אַהער, וואָס ער האָט זיי געדולדיק אַראָפּגעשלונגען און פאַרשוויגן, האָבן זיך, אומפאַרשטענדלעך פאַרוואָס, אין אים איצט דערוועקט. און מיטן גאַנצן האַק־פּאַק, מיט זיין גאַנצן געדולד און אַלץ ביז אַהער פאַרשוויגענעם אים אויפגעריסן.

— וואָס איז דאָ? וואָס איז דאָ פאַראַ פּאַרשוינען, און וועמען לאָזט מען עס דאָ אין שטוב אַריין?

↤ 392

— וואָסי? — האָט זיך דאָ אויך סרולי אויפגעכאַפּט און פאַרן באַלעבאָס, פאַר לוזין, דאָס וואָרט גענומען, — וואָס פאַר אַ פּסול? קום אַריין, פּושקע, — האָט סרולי צו פּושקען זיך געווענדט, אים פון דער שוועל אין שטוב אַריין איינגעלאַדן, און יענער האָט מיטן גאַנצן באַרג טשערעפּאַכעדיקע שמאַטעס זיך אין שטוב אַריינגערוקט.

— קום אַריין, פּושקע, — האָט סרולי פאָרגעזעצט, — ביסט אַן אָנגעלייגטער גאַסט, לעבסט פון דיין אייגענעם געשטאַנק, און ביסט ניט קיין גביר, און דו דאַרפסט צו אַנדערע נאָך קיין הלוואות נישט אָנקומען.

דאָ וואָלט שוין געוויס געווען עפּעס געשען. דאָ וואָלט שוין משה געוויס ניט געווען אויסגעהאַלטן און מיט אַזוינע ווערטער געווען אַרויס, וואָס די סעודה און דער גאַנצר אָוונט וואָלט זיך, אַדאַנק זיי, שוין גאָר ניט אַזוי בשלומדיק געווען געענדיקט. נאָר אין דער מינוט, ווען מע האָט דערביי טאַקע געהאַלטן, האָט לוזי, ווי ניט איינהערנדיק סרוליס ווערטער, די כלי מיט מים אחרונים צו זיין ברודער משהן אַ דערלאַנג געטאָן און אַ זאָג געגעבן: בענטש... צי ער האָט דאָס געטאָן אומיסטן, כדי יענעם, דעם ברודער, פון כעס און פון אָפּצוענטפערן אַרויסצושלאָגן, צי גלאַט מחמת ער האָט טאַקע ניט איינגעהערט, און די צייט פון בענטשן איז שוין געקומען, — אַזוי צי אַזוי, נאָר משה האָט פונעם ברודערס הענט, פון דער דערלאַנגטער כלי און פונעם כיבוד זיך ניט געקאָנט אָפּזאָגן, און זיך געוואַשן, ער האָט אויך לוזין און שמואליקלען געלאָזט דאָס זעלבע טאָן, און שוין אויפגיך, אויפגיך, ווי כאַפּנדיק און איילנדיק וואָס גיכער די שטוב צו פאַרלאָזן, האָט אַ זאָג געטאָן: רבותי, מיר וועלן בענטשן.

ס׳האָט זיך, אַזוי אַרום, נאָך געענדיקט גוט. גלייך נאָכן בענטשן האָט זיך משה צום אַוועקגיין גענומען גרייטן. לוזי, בשעת משה האָט שוין געהאַלטן ביים אָנטאָן דעם מאַנטל, איז צוזאַמען מיט אים אויף דער שוועל פון עס־צימער געשטאַנען, און שטילערהייט, און ווי פאַרזעצנדיק דעם אָנהייב געשפּרעך פונעם אָנהייב אָוונט, און אים ווייטער עפּעס אַריינגעזאָגט. דערביי האָט מען געהערט, ווי לוזי האָט אים עפּעס ווי געטרייסט, און טרייסטנדיק צוגעגעבן:

— נישקשה... און זאָל דאָס אים, משהן, דינען פאַר אַ תשובת־המשקל...*) אַרויסגעטריבן אַ מענטשן, איז אים געוויזן געוואָרן, אַז ס׳איז ניט רעכט, און אַז דער געטריבענער קאָן אַמאָל אַליין גאָר באַלעבאָס ווערן... נישקשה, משה, און אַזאַ, ווי ער, מעג אויך וועגן אַזוינע זאַכן אַמאָל אַ טראַכט טאָן... — דערביי, ווען לוזי האָט מיט אים אָט יענעם לעצטן סוף־געשפּרעך געפירט, איז סרולי פון יענעם צימער, וואו די סעודה איז פאָרגעקומען, נישט געבליבן. ער איז אַריין אין צווייטן, דערנאָך אין קיכל, און דאָרט זיך ביי עפּעס געפּאָרעט. און ↰ 393 אַז משה איז, אַ באַגלייטער פון לוזין, אָנגעקומען אַהין, כדי פון דאָרט דורך דעם פאָרהייזל שוין אין דרויסן אַרויסצוגיין, האָט אים סרולי דאָרט עפּעס באַגעגנט מיט אַ היימיש־אָנגעצונדענעם לאַמטערן, און בשעת יענער, משה, האָט שוין געהאַט געעפנט די טיר אין גאַס אַרויס, האָט אים סרולי דעם לאַמטערן אין האַנט אַריינדערלאַנגט און בשעת־מעשה נאָך צוגעגעבן אָט וואָס:

*) די תשובה פון גלייכגעוויכט. ווען איינער זינדיקט מיט פרויען, איז זיין תשובה, ער זאָל זיך אָפּשיידן פון פרויען, —, מיט עסן, ער זאָל פאַסטן א. אַז. וו.

— ער באַשטייט, און אַז ס׳וועט האַלטן דערביי, זאָל ער זיך צו אים ווענדן.

משה האָט אים גאָרנישט געענטפערט און אים כמעט קיין גוטע נאַכט ניט געזאָגט, נאָר די שיין פון דעם לאַמטערן, וועלכן יענער האָט אים אין האַנט אַריינגעגעבן, האָט אים געשיינט, סיי ווען ער איז פון שטוב אַרויס און ער האָט נאָך לאַנג אין דעם דריטן טייל שטאָט זיך געפונען, סיי אויך בעת ער איז אַרויף אין דעם פאַרמעגלעכן טייל, וואו דאָרט וואָלט מען זיך שוין אויך אָן דעם לאַמטערן געקאָנט באַגיין. דאָך האָט ער אים אויך דאָרט ניט אויסגעלאָשן און ביז אַהיים האָט ער אים אַן אָנגעצונדענעם און אַ שיינענדיקן דערטראָגן.

↤ 394

XII
אַלטער. דריי באַזוכן ביי אַלטערן

נאַטירלעך, אַז ווי נאָר ביי אַלטערן האָט דאָס מאַנצביל־געפיל אויפגעוואַכט און איז אים האַרב צוגעטראָטן, איז די ערשטע פרוי, וועלכע האָט זיך אים אויף זיין קורצן וועג פון זיין אייבערשטיבל אין הויף אַרויס, דורך דער קיך דורכגייענדיק, באַגעגנט, איז געווען די יינגערע דינסט גנעסיע, די, וואָס מיטן הויכן פולן בוזעם און מיט וואַרעמען, מולטענעם קאָפטל, וואָס האָט אים אַזוי פאַרכאַפּט, אַז ער פלעגט, אויף איר קוקנדיק, בלייבן כמעט געליימט און אָן לשון. דאָס האַרץ האָט אים געקלאַפּט, בייטאָג זי זעענדיק, בפרט ביינאַכט, ווען ס׳פלעגט אים אויסקומען דורך דער קיך פאַרביי איר בעטל זיך דורכרוקן, פון וועלכן ס׳האָט אים אַלעמאָל אַ זעץ געטאָן מיט אַזאַ ליבער און אין די ביינער זיך צעגייענדיקער וואַרעמקייט, אַז דער קאָפּ פלעגט זיך אים פאַרדרייען, די פיס האָבן זיך אים אונטערגעהאַקט, און אַ האָר איז אָפּגעגאַנגען, ער זאָל שיער, אַן אונטערגעבראָכענער, פאַרן בעטל קניען, אָדער טאַקע אויפן בעטל צו גנעסיען זיך אַרויפוואַרפן.

ער האָט אַפילו אָפט אומיסטן שפּעט־ביינאַכטיקע דורכגייעכצן און שפּאַצירן דורך דאָרט זיך אויסגעטראַכט, האַלב־נייטיקע און גאָר נישט נייטיקע, אַבי אין יענעם אָרט זיך אָנשלאָגן, וואו ער זאָל מיט יענער פרויאישער וואַרעמקייט ווידער און ווידער אַן אָטעם טאָן, און אַמאָל אויך, ווען ס׳וועט אים גליקן, אין אַ ווייך־אַראָפּגעלאָזטער האַנט זיך אָנרירן — אין אַ האַנט, אַ פוס, אָדער אין נאָך עפּעס אָנגענעמס.

נישט אומזיסט האָט די עלטערע דינסט דער גנעסיען שוין דערויף אויפמערקזאַם געמאַכט, און איר, ווי שוין דערמאָנט, אַמאָל אַ זאָג געטאָן:

— מויד, וואָס קוקט ער אויף דיר אַזוי, אַלטער? וואָס האָט ער ביי דיר אַזוינס דערזען?

יאָ. אַלטער פלעגט שוין יעדעס מאָל, נאָך אָט אַזאַ שפּאַציר פאַרביי דעם ביינאַכטיק־שלאָפנדיקן דינסט־מיידל, אַרויפקומען צו זיך אַ פאַרסאָפּעטער, אַ פאַרשוויצטער, אונטערן האַרצן אים אונטערגעבראָכן, און לאַנג האָט ער זיך קיין אָרט אויפן בעט ניט געפונען, און נאָך לענגער — קיין רו אין שלאָף.

דעמאָלט פלעגט צו אים קומען צו חלום יענע פרוי, וועלכע, ווי ער האָט געדענקט, האָט אים נאָך אַמאָל, אין זיין גאָר פריער יוגנט, אין זיינע ערשטליידנשאַפטלעכע נעכט, באַזוכט, — יענע, וואָס איז שוואַרץ־געקרוינט, וועלכע קומט אָפט אין מלבושים, אָבער אַ רגע געדויערט, און זי איז שוין אָן זיי — ↰ 395 הויל, נאַקעט... יענע, וואָס קומט כסדר צו יוגנט, וועלכע האָט נאָך קיין טעם זינד ניט פאַרזוכט, און זי גיט זיך זיי אָפּ.

אַלטער האָט דערפאַר געציטערט... און דאָך איז ער ניט אימשטאַנד געווען ניט זיך אָפּצוהאַלטן פון אויף גנעסיען — אויפן לעבעדיקן מיידל מיטן הויכן, פולן בוזעם — צו קוקן און ניט וועלן זי פאַרבייגיין, אי אַוודאי ניט אומשטאַנד, אַז נאָך דעם, ווען ער איז פון איר, פון גנעסיען, מיט הוילער לעכצונג נאָר אַרויס, אָפּצוהאַלטן זיך ביינאַכט אין שווערן, הייסן, ליידנשאַפטלעכן שלאָף פון צו באַקומען באַפרידיקונג כאָטש ביי יענער, וועלכע איז, קעגן זיין ווילן, אויף זיין בעט געקומען אים באַפוילן.

דאָס איינציקע, וואָס ער האָט געקאָנט טאָן צו זיין באַרואיקונג און צו זיין געמיט־דערלייכטערונג אין אָט דעם שטאַנד, אין אָט דעם שטראָם, אין וועלכן ער האָט, ווי אין אַ קעסל־קאָך אַריינגעטראָפן, זיך פאַרדרייענדיק, — איז געווען דאָס ,וואָס ער האָט פון גרויס פאַרלוירנקייט, אַזש לשון און מוט געקראָגן פאַר אַזאַ זאַך, מיט וועלכער, ווי מיר געדענקען, ער איז אין איינעם אַ ביינאַכט, ווען זיין ברודער משה האָט זיך שפּעט פון זיין וויזיט ביים רב ר׳ דודין אומגעקערט, צו אים געקומען און מיט דער ווילדער, איינשטעלערישער פאָדערונג אַרויס: — יענער זאָל אים חתונה מאַכן.

ס׳איז אַוודאי משונה און איינשטעלעריש געווען, אָבער, צווישן אַזוינע צוויי פייערן זיך געפינענדיק, איז אוממעגלעך געווען פאַר אַזאַ, ווי אַלטער, אַז זיין גאַנץ לייב און זיינע קליידער זאָלן זיך אים ניט נעמען סמאָליען, און אַז ער זאָל ניט טאָן דאָס, וואָס מ׳טוט געוויינלעך, ווען מע האַלט ביים ברענען, ווען כוחות דאָפּלען זיך און מע ווערט פייאיק אויף אַזוינס, וואָס ווען ניט ביי אַ שרפה, איז דאָס פאַר קיינעם אין קיין פאַל גאָר ניט שייך.

ווייל מיט אַלטערן האָט שוין דעמאָלט געהאַלטן ווייט, זייער ווייט: ער האָט זיך שוין איינמאָל אַ ביינאַכט, זייענדיק אין קיך, און אין דער פינצטער, צווישן די צוויי שלאָפנדיקע דינסטן זיך געפינענדיק, עפּעס צו לאַנג ביי איינעם זייערן אַ געלעגער זיך פאַרהאַלטן... צי ער האָט אַ טעות געהאַט און ער איז געקומען צו דער אַלטער אָנשטאָט דער יונגער, צי ניין, צי אפשר טאַקע צו דער יונגער, נאָר די אַלטע האָט זיך גראָד דעמאָלט אין שלאָף דורכגעוואָרפן און האָט זיין אָנוועזנהייט באַמערקט, — ווי ס׳איז ניט געווען, נאָר מיטן געזונטן פרויען־חוש האָט יענע, די עלטערע, דעמאָלט דערפילט, אַז אַלטער איז דאָרט שוין גאָר ניט צופעליק פאַרזאַמענדיק שטעקן געבליבן, נאָר מיט עפּעס אַ געוויסן מיין אַ מאַנצבילשן, וועלכער האָט זיך געקאָנט ענדיקן מיט גוואַלדן מצד דער מויד, דער גנעסיען, און פאַר אַלטערן און פאַר די באַלעבאַטים מיט גאָר ניט קיין אָנגענעמען סקאַנדאַל.

זי האָט אינדערפרי ביי דער יינגערער זיך דערפרעגט וועגן דעם: צי האָט זי ניט געהערט, צי האָט זי ניט געפילט ביינאַכט גאָרניט. יענע האָט ניט ↰ 396 געוואוסט צו זאָגן. אָבער שפּעטער אַן אויפדערנאַכט — מעג זי שווערן, די יינגערע, — האָט זי אין שטאַרקן שלאָף דערפילט עמעצנס אַ האַנט צו אירע פאַרבאָרגענע ערטער זיך שאַרן. דעמאָלט האָט זי שוין, פון איר זייט, אינדערפרי דאָס דער עלטערער דערציילט, און יענע האָט דערויף געהאַט צו זאָגן, אַז יאָ, ס׳איז דאָך קלאָר, אַז איר חשד באַשטעטיקט זיך:

— נו, יאָ, מויד, וואָס זשע? כ׳האָב דען אויסגעטראַכט? כ׳האָב דאָך אַליין געזען, ווי ער האָט איבער דיר ביינאַכט געדוכנט. אַפּנים, ער דאַרף דען ניט, וואָס אַלע דאַרפן? וואָס זשע? ער איז אַ האָלץ־באָק, צי זיין נשמה איז פון קלאָטשע?

אַזוי, אַז אַלטערן איז דאָס געפיל אָנגעקומען פאַרפלייצנדיק, און פון גרויס ראַש און געפּלעפטקייט פונעם געפיל האָט ער זיך געטראָפן, ווי צוגעשלאָגן און צו דער ערד אַראָפּגעפּלעטשט. נישט גלאַט אַזוי זיך געזאָגט „אַראָפּגעפּלעטשט” נאָר טאַקע ווירקלעך, ממש ,ווייל ווען קיינער האָט ניט געזען, און ער איז, ווי געוויינלעך, געבליבן אַליין ביי זיך אין צימער, פלעגט ער אָפט, ווי פון אַ שווערער משא געדריקט, מיטן רוקן אין אַ וואַנט זיך אָנשפּאַרן און דורך איר זיך אויף דער ערד אַראָפּלאָזן. נישט אויף קיין בענקל, וואָס האָט זיך געפונען אין צימער, זיך אַוועקזעצן, נאָר דווקא אויף דער ערד, אויף די קני געבויגן און מיט דער פּלייצע אין וואַנט אָנגעשפּאַרט. דאָס האָט געקאָנט דינען פאַר אַ באַווייז אָדער פאַר אייניקע פאַרבליבענע רעשטלעך נאָך פון זיין אַמאָל געוועזענער שלאַפקייט; נאָר ניין, גיכער איז דאָס אים געקומען פון דעם אויבן דערמאָנטן געפיל, וואָס האָט אים משונה און אויף אַן איבערראַשנדיקן אופן געבראָכן און צוגעשלאָגן.

און דאָס איז געווען די ערשטע שוועריקייט אַלטערס פון נאָך זיין געזונט ווערן.

די צווייטע שוועריקייט זיינע איז געווען דאָס, וואָס זיינע אַמאָליקע לערן־קענטענישן האָבן זיך אים אומגעקערט און זיינען אים, ווי פון אַ פאַרהוילענער האַנט, צוריק אַראָפּדערלאַנגט און אָפּגעגעבן געוואָרן.

מע האָט אים ווי פון הימל באַגליקט. אַז ער האָט דאָס ערשטע מאָל אַריינבאַקומען אַ סידור אין האַנט, האָט ער אים מורא געהאַט צו עפענען: טאָמער האָט ער פאַרגעסן לייענען; אַז ער האָט געעפנט און געזען, אַז לייענען קען ער, האָט ער מורא געהאַט, טאָמער פאַרשטייט ער נישט די טייטש־ווערטער; אַז ער האָט געזען, אַז ער פאַרשטייט יאָ, האָט ער שוין מער קיין ערנסטערן ספר אין די הענט נעמען זיך ניט איינגעשטעלט: דאָרט איז דאָך, געוויס, אַלץ פאַרחתמעט אויף זיבן שלעסער... אַז ער האָט זיך אָבער לסוף יאָ איינגעשטעלט, יאָ גענומען און ווידער פאַרשטאַנען, איז ער אַזוי איבערגליקלעך געווען, אַז ס׳האָט זיך אים געדאַכט, אַז גאָלד שיט זיך אים פון די אַרבל, און גלייך ער האַלט אין איין אָנשטאָפּן מיט דעם פולע קעשענעס, און די קעשענעס ↰ 397 קלעקן אים ניט און גייען אים איבער. און פּונקט, ווי יענער קאַרגער, וואָס ער קאָן זיין אויג מיט די אוצרות ניט זעטן, און שפּיגלענדייק זיך אין זיי, פאַרגעסט ער אין אַלץ, — אַזוי איז אַלטער די ערשטע צייט אַזוי פאַרכאַפּט געווען פון זעטן זיך מיט זיינע ביי אים צוגעקומענע און ווידעראַמאָל דערוואָרבענע קענטענישן, אַז ער האָט די שיין פון טאָג ניט געזען, די ליכט ניט ביינאַכט, נאָר ער האָט זיך אַלץ, ווי יענער קאַרגער, פון זיי זיך ניט געקאָנט אָפּרייסן.

ס׳איז אים אויפגעקומען אַ וועלט, וואָס איז אומשטאַנד בכלל יעדן איינעם, אַ דערווייטערטן פון דער ווירקלעכקייט, פאַרבייטן די ווירקלעכקייט אַליין, בפרט פאַר אַזאַ, ווי עלטערן, וואָס איז אַזוי לאַנג אָפּגעריסן געווען פון יעדער מגע־משא מיט וואָסער־ניט־איז זאַך, וואָס בינדט אַפילו די אָפּגעריסנסטע פון דער וועלט מיטן אַרום, מחמת ער, אַלטער, האָט דאָך ניט געהאַט מיט וואָס געבונדן צו זיין: ס׳האָט דאָך אים דאָס סאַמע נייטיקסטע געפעלט — אַליין דער זינען. פאַרשטענדלעך שוין, ווי אַזוי ער האָט זיך צוגעכאַפּט, און מיט וואָס פאַר אַ גיריקייט, ווי אַן ערשט געבוירן קינד, ער האָט זיך איינגעזאַפּט אין דעם, פון וועלכן ער האָט אַזוי לאַנג קיין מינדסטע אַנונג ניט געהאַט, ד. ה. ניט פון קיין ווירקלעכע הנאות און אויך נישט פון אַזוינע, וואָס שפּיגלען זיי ווי־ס׳איז־ניט־איז כאָטש אָפּ, ווי די הנאות, וואָס מע באַקומט, ווען מע לייענט זיי אַרויס פון ספרים.

פאַר אַלטערן האָט זיך געעפנט אַ וועלט, ווי פאַר איינעם פון אַ צויבער־מעשה, וועלכער קומט אָן פון לאַנגע וואָגלענישן אין הויכע פּאַלאַצן, אַרומשפּאַצירנדיק דאָרט צו זיין וואונדער און קאָן זיך מיט יענע שיינקייטן נישט גענוג אָנקוקן. אַלטער איז מיטאַמאָל, ווי פון שטאַרק־אָרעם ווילד־רייך געוואָרן. אָנהייבנדיק פון די פאַרגעניגנס, צוערשט נאָר פון קענען לייענען, דערנאָך פון פאַרשטיין, דערנאָך פון אין אַלע שווער־ספרימדיקע טיפענישן אַראָפּצונידערן און צו אַלע פּאַלאַצדיקע הייכן דערגרייכן, איז ער טאַקע גלייך געווען ווידער ווי צו יענעם פון דער צויבער־מעשה וועלכער הייבט זיך פריער אַרויף אויף פרעמדע טרעפּ, קומט צו פרעמדע טירן, דערנאָך אַליין אין די חדרים, וואו חידוש אויף חידוש באַגעגנט אים, וואו ער שפּאַצירט אַ פאַרבלעפטער און האָט נאָר מורא, אַז די געשעעניש זאָל זיך אים אינמיטן ניט איבעררייסן, ווייל ער גלייבט די אויגן ניט.

פאַר אַלטערן איז דאָס אַ גרויס גליק געווען. ס׳האָט דאָך אים דערווייל, ווען ער האָט נאָך מיט קיינעם פון די לעבעדיקע אַרום קיין שום נאָענטע באַרירונג נישט געהאַט, פאַרביטן אַלע מינים באַרירונגען. דאָרט, אין די ספרים, האָט ער אויך געפונען אַ מקום־מקלט, וואו זיך אויסצובאַהאַלטן, ביז וואַנען די בליקן פון די היימישע וועלן זיך צו אים און צו זיין נייעם שטאַנד צוגעוואוינען, ביז מע וועט מיט אים געפינען אַן אַלגעמיין לשון, אַלגעמיינע ↰ 398 באַציאונגען, — און בכלל, ביז ער וועט אויפהערן זיין אַ פרעמדער צווישן אייגענע.

דאָרט אויך האָט ער זיך אָפט אָנגעשלאָגן אויף אַזוינע ערטער, וועלכע האָבן אים, לערנענדיק זיי בייטאָג, דערמאָנט אין זיינע גאַרענישן ביינאַכט, ווען ער רוקט זיך בגנבה־אויסבאַהאַלטן פאַרביי דעם פרויען־בעטל, פאַרביי דעם געגאַרטן לייב מיט אַלע רייצן, וואָס אַ לייב פון אַ פרוי האָט פאַר אַ מאַנצביל, בפרט פאַר אַן אויסגעהונגערטן מאַנצביל, ובפרט פאַר אַזאַ, ווי אַלטער איז. ווען ער האָט זיך אָנגעשלאָגן אין יענע ערטער, פלעגט זיך אים דער טאָג מיט דער נאַכט צונויפמישן, פאַר די אויגן האָבן זיך אים פייערדיקע רינגען אומגעדרייט, און ער פלעגט זען אַזוינס, וואָס אַן אַנדערער וואָלט זיך אין דער ווירקלעכקייט געוואונטשן זען אַ צענטל פון יענער שיינקייט, פון יענער פּראַכט, פון יענע גוואַלדיקע פאַרגעניגנס, וואָס אַזאַ מענטשלעכער מוח, ווי אַלטערס, קאָן פון זיינע ווילדסטע, פאַריאָגטע און פאַרטישקעוועטע באַהעלטענישן אַרויסציען.

יענע ערטער האָבן פאַר אים צעעפנט אַ וועלט, אין וועלכער ער איז איצט אַריין מיט אַזאַ דורשט, ווי איינער, וואָס איז לאַנג אין אַ היציקן מדבר אומגעגאַנגען און מע האָט אים אָקאָרשט נאָר־וואָס צו אַ פריש־קילנדיקן קוואַל צוגעלאָזט, ווען ער פאַלט צו אַ צעפּאָלאָכעטער, אַ צעהיצטער, ביז זיך פאַרכלינען און ביז כמעט דעם זינען פאַרלירן.

אַזוי, למשל, האָט ער זיך יעדן פרייטיק באַזונדערס געפילט, ווען ער פלעגט זאָגן דעם שיר־השירים.

אַן אַלטער מנהג איז פאַרבליבן אין דער משפּחה מאַשבער פון זייער פאָטער און פאָטערס פאָטער, ביז אַרויף אין די דורות, אַז פרייטיק האָבן מאַנצבילן דעם שיר־השירים הויך אויף אַ קול, מיט אַ געזאַנג און ברען אַרויסגעזונגען. זייער פאָטער פלעגט אים זאָגן אין שול, און עולם האָט שוין געוואוסט, און מע האָט די טירן און די פענצטער באַלאַגערט, אים הערנדיק. אויך לוזי האָט אים געזאָגט אויף זיין אופן, אויך משה שוין אַ סוחר און וועלט־מענטש, אָבער אויך ער איז פון דער טראַדיציע ניט אָפּגעשטאַנען.

אויך אַלטער האָט זיך איצט אינעם מנהג דערמאָנט, און נאָכן וואַשן זיך אויף שבת, נאָכן איבערטאָן וועש, און בלייבנדיק ביי זיך אַליין אין צימער, וואו די פענצטער קוקן אַרויס זומער אין אַ סאָד פול מיט ביימער און גרינס, און איצט — האַרבסט — אין אַ ליידיקלעכן סאָד, אָבער דאָך מיט ביימער, וואָס וועלן שפּעטער, פרילינג־צייט, זיך ווידער אין גרינס אָנטאָן — האָט ער גענומען זאָגן, און ווי נאָר ער האָט דעם ערשטן פּסוק אויף די ליפּן גענומען, אַזוי האָבן זיי אים שוין אָנגעהויבן טריפן ,ווי מיט האָניק פון עפּעס אַ מין סאָרט זיסיקייט, וואָס דורות, גאַנצע דורות, האָבן זיך פון איר געשפּייזט, און אויך פאַר אים, פאַר אַלטערן, איז נאָך פון איר גענוג פאַרבליבן.

↤ 399

באַלד נאָכן ערשטן פּסוק שוין האָבן זיך אים די אויגן פאַרבלעזלט, פאַרהייטלט, און ער האָט זיך דערזען אין אַ ווייט, זוניק לאַנד, מיט הויכע בערג אויף די האָריזאָנטן, וואָס פון בייטאָגיקער גרויסער זון און היץ ציטערן זיי, ווי אין אַ מין פאַרוואָלקנטן נעפּל; און דאָרט, אויף די בערגס הויכקייטן, זעט מען ווען אַמאָל אַ יונגן הירש, אַ יונגע אינדין זיך באַווייזן, און אַמאָל אויך צוויי — אַ פּאָר הירשן, אַ פּאָר אינדן, — וואָס לעכצן אי זון, אי וואַסער, אי הויכקייט, אי ליבע ,און זיי קוקן אַראָפּ, קוקן אַריבער אין לאַנד אַריין, אין די ווייטע טאָלן, צו די פּאַסטעכער מיט שאָף ביי די קוועלן, צו די לאַנד־טעכטער מיט וואַסער־קרוגן ביי די ברונעמס, און צו די היטער און היטערינס פון די אָפענע און פאַרשלאָסענע וויינגערטנער.

און דאָ, זאָגנדיק, איז שוין אַלטער געווען ביי יענע פּאַסטעכער, וועלכע קומען אינמיטן העלן טאָג זייערע טשערעדעס אָנטרינקען, אַראָפּלויפנדיק פון די בערג מיט זייערע ווייסע און שוואַרצע שאָף, ציגן, ווידערס און רינדער — אין שטויב, מחנותווייז און טשערעדעסווייז.

”דאָס געזאַנג פון אַלע געזאַנגען”...

דערהערט ער דעמאָלט פון אַ גאָרטן אַ קול אַרויסזינגען. און דאָס קול קומט פון אַזאַ, צו וועלכער ער גאַרט, פון אַזאַ, וואָס אַלע זיינע געדאַנקען פון סיי בייטאָג, סיי ביינאַכט דרייען זיך אַרום איר יונג לייב, וואָס איז „שוואַרץ, אָבער שיין, איר, טעכטער פון ירושלים”, ווי ס׳זינגט זיך אין דעם ליד; פון אַזאַ, וואָס אויף איר געלעגער ביינאַכט קאָן אויך זי, ווי ער, ניט איינשלאָפן און גייט זוכן איר געליבטן און פרעגן ביי די שומרים פון ביינאַכט, אַזוי ווי ער, אַלטער, וואָס, אַז ס׳ווערט אים ענג די לעצטע צייט, און ווען זיין בעט הייבט אים אָן ברענען, גייט ער אַרויס אין הויף און שטעלט זיך פאַרן ברודערס פענצטער אָן ווערטער און טוט ביי אים אָפּמאָנען דאָס צוגעזאָגטע און פאַרשפּראָכענע.

— „כ׳האָב אויסגעטאָן מיין העמד, ווי זאָל איך דאָס צוריק אָנטאָן?”

— „כ׳האָב איינגעוואַשן מיינע פיס, ווי זאָל איך זיי צוריק איינריכטן?“

— „מיין פריינט האָט דורכגערוקט זיין האַנט דורך דער ריגל־טיר, און אַלע מיינע אינגעוויידן האָבן, אים אַנטקעגן קומענדיק, אויפגעברומט...”

און זאָגנדיק דאָס, זיינען די אויגן ביי אַלטערן ווילד־פאַרבלעזלט פון געפינען זיך אינעם ווייטן, זוניקן לאַנד, מיט די בערג, מיט די הירשן, מיט די פּאַסטעכער און מיט יענעם קול, פון אַ פאַרשלאָסענעם וויינגאָרטן אַרויסגעקומען, וואָס מאָנט און דערמאָנט, וואָס קומט מיט יענעם וויי, וואָס נאָר ליבנדיקע ווייסן פון אים אין זייער ליד און ליידן.

„אויף מיין געלעגער ביינאַכט האָב איך געזוכט דעם, וואָס מיין לייב האָט אים ליב, — געזוכט, און נישט געפונען.”

↤ 400

„וואוהין איז אַוועק דיין פריינט, דו שענסטע צווישן פרויען? וואוהין אַוועק — וועלן מיר אים מיט דיר צוזאַמען זוכן.”

„מיין פריינט האָט אַראָפּגענידערט אין זיין וויינגאָרטן, צו זיינע רויזן־בייטן” א. אַז. וו.

און אַזוי ווייט און הויך פאַרקלינגט און פאַרכלינעט זיך דאָס קול, אַז אַלטער בלייבט שטיין, ווי מיט אַן אָפן מויל, גלייך ער האָט דאָס אַרויסדערהערט טאַקע פונעם גאָרטן, וואָס פאַר זיינע אייגענע פענצטער. ער בלייבט מאַט, מיט שלאַבעריקע הענט אַראָפּגלעאָזט, די בליקן בלאָנדזשען אים, און ווען אַ פרעמדער וואָלט זיך דעמאָלט צו אַלטערן אין צימער אַריינגעשטעלט, וואָלט זיך אים געדאַכט, אַז ער זעט אים, ווי אין אַ פריערדיקער צייט אַמאָל, בעת זיין שלאַפקייט, ווען ער פלעגט זיך צו זיין אינערלעכער שטים צוהערן, און אַז אָט באַלד וועט ער איר אַנטקעגן גיין, דער שטים, מיט משונה קולות פון בויך און פון די קישקעס אַרויסגעקומען. נאָר ניין, אַלטער שטייט פאַרבלעפט, דאָס קול ציט אים, ווי די קליי פון די ביינער, און פון גרויס פאַרכאַפּט זיין פונעם קול, דערפילט ער זיך אויסן, אַן אָטעם, ס׳ווערט אים הייס, מלאָסנע, צעשפּיליעט זיך דאָס העמד פונעם לייב, און פון ווילדער איבערגעלאָדנקייט קאָן ער זיך קיין אָרט אויף קיין בענקל ניט געפינען, אויך ניט שטיין בלייבן, וואו ער שטייט, נאָר ער גייט ווידער צו איינער אַ וואַנט צו, שטעלט זיך צו איר מיטן רוקן, רוקט זיך דורך איר אַראָפּ פּאַמעלעך, און בלייבט אַזוי אַן אונטערגעבראָכענער, און די קני געבויגן, אויף דער ערד זיצן.

און דאָס איז די צווייטע שוועריקייט אַלטערס, זינט זיין זין־דערלייכטערונג.

און די דריטע — דאָס איז די לאַגע פון זיין ברודער משהס שטוב.

ער איז ווייט געווען פון שטוב־ענינים. ער האָט אויך איצט געוואוסט נאָר פון זיין אויסהאַלט, וואָס איז אים געגאַנגען, ווי ביז אַהער, ווען מע האָט אים מיט אַלץ באַזאָרגט, מיט עסן, טרינקען און הלבשה — אַזוי, אַז אורטיילנדיק לויטן אויסהאַלט, האָט אַלטער פון קיין שלעכטס און פון קיינע ענדערונגען קיין אַנונג נישט געהאַט און נישט געקאָנט האָבן. און דאָך אַליין נאָר פון די פּנימער פון די שטוב־לייט, וואָס פלעגן זיך אים פון צייט צו צייט באַגעגענען, האָט ער זיך געשטויסן, אַז עפּעס איז ניט רעכט און ניט אַלץ כשורה אין שטוב.

ער האָט זיך פריער געוואָלט דאָס דערקלערן דערמיט, וואָס נחמהקע, משהס טאָכטער, איז עפּעס ניט געזונט, און אַז דאָס איז די סיבה, וואָס דריקט אויף אַלע, וועלכע מע באַגעגנט אין פאַרטראָגנקייט און טרויער. נאָר אַז ער האָט זיך ווייטער צוגעקוקט און ווידער זיך באַגעגנט, האָט ער פאַרשטאַנען, אַז ניין, און אַז אַלנפאַלס איז ניט דאָס די איינציקע סיבה.

אַז ער האָט גענומען נאָכקוקן, האָט ער זיך וואָס אַמאָל אַלץ מער און מער איבערצייגט, אַז אין שטוב געשעט עפּעס אַזוינס, וואָס ביים נאָמען קאָן ↰ 401 ער דאָס ניט אָנרופן, אָבער ווי אַ וואָלקן איז אויף דער שטוב, וואָס רוט אויפן דאַך און דרינגט אַריין דורך אַלע טירן און פענצטער, דורך אַלע שפּאַלטן און לעכער, און אַלע האָבן פולע לונגען פון אים. אָנהייבנדיק פון די קליינע קינדער, וועלכע האָבן זיך די לעצטע צייט גענומען האַלטן שטילער, ווי אַלעמאָל קינדער, און אָפּגערעדט שוין פון די עלטערע, ווי זיין ברודער משה, זיין ווייב גיטעלע, ווי יהודית, זיין טאָכטער, און ווי די ביידע איידעמס, יאַנקעלע גראָדשטיין און נחום לענטשער, וואָס וואָס אַ טאָג זיינען ביי זיי אַלץ מער די שטערנס פאַרפינצטערט געוואָרן, און וואָס ווייטער, האָט ער געזען, ווי ביי אַלעמען זיינען די קעפּ און מוחות שטאַרק פאַרדרייט, און אַז דערפאַר סטייען ביי זיי פאַר אים, פאַר אַלטערן, אַפילו די מינדסטע ווערטער ניט, ווען מע באַגעגנט אים.

אַלטער האָט אויך פאַרשטאַנען, אַז דאָס איז די סיבה, פאַרוואָס זיין ברודער משה האָט, נאָך זיין געשפּרעך מיט אים וועגן אַזאַ וויכטיקן ענין אין יענעם געוויסן אויפדערנאַכט, קיין איין מאָל מיט אים ווידער קיין רייד דערפון ניט פאַרפירט, ניט פאַרזיכערנדיק אים, אַז ער האָט דאָס, על כל פּנים, אין זינען, אַז ער טראַכט דערפון, און אַז סוף־כל־סוף וועט ער זיך דערפאַר ווידער נעמען. ניין, יענער האָט דערפון בכלל ניט מזכיר געווען, און אויך אים אויסגעמיטן, ווען ער האָט זיך מיט אים גאָר נאָענט און אויג אויף אויג אַפילו אָנגעשלאָגן.

אַלטער איז דערום אַרומגעגאַנגען מיט אַ פולן קאָפּ אומפאַרשטאַנד, ניט האָבנדיק זיך צו וועמען צו ווענדן. ער האָט געפילט, אַז אויב מע זאָגט אים ניט, מע געטרויט אים ניט, איז אַז ער וועט אַפילו פרעגן, וועט מען אים ניט קלאָר ענטפערן, אָדער מע וועט אים מיט אַ ליאַדע שטרויענעם תירוץ אָפּשטויסן, ווי מע טוט תמיד מיט קינדער, אָדער מיט זייטיקע, ווען מע וויל ניט, אַז זיי זאָלן זיך ניט אין זייערע ענינים מישן; ווייל יאָ, אַלטער האָט געזען, אַז שטוב־לייט האַלטן ניט פאַר מעגלעך און פאַר נייטיק אים אין זייערע ערנסטע ענינים אַריינצוציען, ווייל מע האַלט, אַז ס׳איז נאָך צו פרי פאַר אים, ניט פאַר זיין מוח דאָס צו באַנעמען, און בעסער ,טראַכט מען, זאָל אַזאַ, ווי ער, נאָך בלייבן ווייט און אויסער ערנסט. ער האָט זיך דערום געשלאָגן מיטן קאָפּ, ווי אַ פיש אין גלאָז, וועלנדיק דערגיין, וואָס טוט זיך אים פון יענער זייט גלאָז, אָבער נישט געפינענדיק קיין אַנדער מעגלעכקייט, ווי אַזוי זיך דאָס צו דערוויסן, איז אים איין אויסגאַנג נאָר געבליבן — אין אַ זייט זיך האַלטן און וואַרטן, וואַרטן און אַרויסקוקן, ביז עפּעס אַ צופאַל וועט אים אַ טירעלע אין דער רעטעניש אויפעפענען...

האָט ער אַזוי געטאָן, און דער צופאַל האָט נישט געזאַמט צו קומען.

ס׳איז איינמאָל אַרויפגעקומען צו אים דאָס עלטסטע קינד אין שטוב — מאירל. ס׳איז געווען אין אַ טאָג, ווען דאָס לערנען איז מאירלען ניט געראָטן ↰ 402 און מע האָט געמיינט, אַז ער איז ניט געזונט. ס׳איז געווען דעמאָלט, ווען, ווי אַלעמאָל, איז זיין רבי ברוך־יעקב צו אים געקומען אינדערפרי אויף די געוויסע לערן־שעהן: — יענער ברוך־יעקב, וואָס איז באַוואוסט אין שטאָט אַלס גבירישער גמרא־מלמד, און וואָס נאָר געציילטע גבירים טאַקע האָבן זיך געקאָנט פאַרגינען אַריינצוקריגן אַזאַ איינעם צו זייערע קינדער אויף אייניקע שעה אין טאָג פאַר היפּש באַצאָלטס, וועדליק פאַר יענער צייט.

ער איז געווען אַ שטאַרק מיושבער, ברוך־יעקב, און, וועדליק פאַר יענער צייט, פיין געקליידט און באַזונדערס זויבער; שטענדיק אין אַזאַ ציכטיקער קאַפּאָטע אינדערוואָכן, וואָס אַנדערע פון זיין גראָד האָבן אַפילו אויף שבת זיך ניט געקאָנט פאַרגינען; תמיד מיט אַ ריינער פאַטשיילע אויף ווישן זיך אי די נאָז, אי די וואָנצעס, מחמת ער האָט אי געשמעקט, אי גערייכערט. דאָס האָט ער געטאָן ניט מחמת צופיל צעטראָגנקייט, ווי אַנדערע, נאָר פאַרקערט, איבער זיין באַזונדערער מיושבדיקייט: ער האָט גערייכערט, ווען דאָס לערנען מיט אַ קינד איז אים געגאַנגען גוט, און געשמעקט, ווען ס׳איז אים געגאַנגען נאָך בעסער; שלעכט איז ביי אים קיינמאָל ניט געגאַנגען. אַזאַ קלאָר לשון, אַזאַ שטילקייט און אַזאַ זעלטענע הסברה איז זעלטן ביי וועמען פון זיין פאַך נישט נאָר אין יענער שטאָט, אין N, נאָר אין פיל אַנדערע ערטער געווען צו געפינען.

ס׳איז אַ באַזונדער ברכה געווען צו אים אַלס תלמיד אַריינצופאַלן. אָפּגערעדט שוין, אַז פון טראַכטן ווען אַמאָל אַ תלמיד אָנצורירן, אָדער גאָר אַפילו הויך אָנצושרייען, איז ביי אים געווען אַ זעלטנהייט, כמעט קיינמאָל ניט אין זיין פּראַקטיק.

ביי משה מאַשבער האָט ברוך־יעקב געלערנט נאָר מיטן עלטסטן אייניקל אין שטוב — מיט מאירלען, וועלכער איז אי עלטער געווען, אי פייאיקער פון די איבעריקע אייניקלעך, און וואָס מע האָט גלייך געזען, אַז צוליב אַזאַ און אַזוינע פייאיקייטן איז כדאי אויך אַזאַ, ווי ברוך־יעקב, איינצולאַדן און זיך אויך לאָזן קאָסטן.

זומער פלעגן זיי לערנען — ברוך־יעקב מיט מאירלען — אין סאָד, אין אַ הילצערן גאָרטן־שטיבעלע, ערגעץ ווייט צווישן די ביימער פאַררוקט, אַז קיינער זאָל ניט שטערן, און ווינטער — אין שטוב, אין אַ באַזונדער צימער.

יענעם טאָג איז ברוך־יעקב געקומען, ווי אַלעמאָל, צו דער צייט און פּינקטלעך. ער האָט באַרוט זיין פּאַלטן מיטן סאַמעטענעם קעלנערל אויפגעהאַנגען אויף דער שראַגע אין יענעם קאָרידאָרל, וואו אַלע פון די באַלעבאַטים הענגען דאָרט אויף זייערע קליידער. ער איז געקומען אין צימער, וואו אַלעמאָל איז דאָרט דאָס אָרט באַשטימט אויף לערנען, און זיך גענומען צו זיין געוויינלעכער מלאכה: צו פאַרשטיין־געבן דאָס, וואָס אינגאַנצן אומפאַרשטענדלעך, אָדער ווען־ניט־ווען נאָר אַ וואָרט אַריינשטעלן, ווי אַ האַנט ↰ 403 דערלאַנגען, ווען דאָס קינד פאַרשטייט אַליין, נאָר דער רבי ווייסט, אַז ער קאָן זיך ביי אַ קליינעם אָפּהאַלט ערגעץ דאָרט פאַרטשעפּען.

מאירל האָט דאָס מאָל, נישט ווי זיין געוואוינשאַפט, דאָס לערנען שלעכט באַנומען. מע האָט געזען, אַז ער איז נישט דערביי, און דער קאָפּ איז אים ערגעץ אַנדערש. אַז ברוך־יעקב האָט באַמערקט, אַז דאָס, וואָס לויט מאירלס פייאיקייטן, האָט אים באַדאַרפט זיין פאַרשטענדלעך, איז אים עפּעס איצט ניט קלאָר, האָט ער זיך ניט געפוילט אים צו דערקלערן, אָן ערגערניש און אָן דאָס קול צו העכערן, אָדער אַרויסצואווייזן אַ וואָסער־ניט־איז בייזע אָדער שלעכטע מינע. מאירל האָט אָבער ווייטער ניט באַנומען, און ברוך־יעקב האָט נאָכאַמאָל דערקלערט. און אַז מאירל איז אויך ווייטער ווי עפּעס טויבלעך און טומפּיק געבליבן, האָט אים ברוך־יעקב נאָר אַ פרעג געטאָן:

— וואָס איז מיט דיר היינט, מאירל?

דעמאָלט האָט זיך מאירל צעוויינט.

ס׳איז געווען אַ גרויסער חידוש. מאירל איז ניט געווען פון די, וואָס פוילן זיך אָדער קאַפּריזעווען ביים לערנען. ברוך־יעקב האָט אים געקענט, אמת, פאַר אַ ביסל אַ פאַרטרוימטן, אָבער יעדעס מאָל האָט ער געהאַט די מיטלען אים אַרויסצוציען פון טרוים, און דעמאָלט איז שוין יענער, מאירל, מיט אים אַוועק, ווי אויפן גרויסן טראַקט פון קלאָרן און דייטלעכן דענקען, און וואוהין דעם רבינס האַנט האָט נאָר דאָס לערן־צוימל געווענדט, אַהין האָט זיך מאירל, אָן אָפּווענדונגען, שוין אַליין און נישט געצוואונגען געקערעוועט. אַזוינע זאַכן, ווי אַז מאירל זאָל זיך אינמיטן דרינען פאַרעקשנען, נישט וועלן, אָדער אָן שום סיבה זיך צעוויינען, האָט זיך ברוך־יעקבן פאַר דער גאַנצער צייט, זינט ער קען אים, ניט געטראָפן.

ער איז דערום אָפּהענטיק געבליבן. אָבער באַלד האָט ער באַשלאָסן, אַז וויבאַלד אַזוי, וויבאַלד אַן אויסנאַם, און יענער וויינט, איז מסתם איז ער ניט געזונט — דאַרף מען דאָס לערנען איבעררייסן, און ניט איבעריק צושטיין, און נישט איבעריק זיך וועלן דערגראָבן און דערפרעגן אויף די סיבות פון געוויין. ער האָט פריער געהאַט געפּרואווט אַ ביסל שמועסן וועגן זייטיקע ענינים, כדי, מעגלעך, אים פון די געדאַנקען אַרויסשלאָגן, אים באַרואיקן און דערנאָך ווידער אים אין לערנשטראָם אַריינפירן, אָבער מאירלען, האָט ער געזען, איז איצט שווער צו פאַררעדן, ער לאָזט זיך ניט, און טרערן קאַפּען אים פון די באַקן — שטיל, און ווי איינער, וואָס איז ערגעץ טיף־טיף אָנגערירט און באַליידיקט.

— גיי, לייג זיך צו, מאירל, ביסט ניט געזונט, — האָט געזאָגט ברוך־יעקב און אַליין האָט ער זיך פון טיש אויפגעהויבן און איז אַרויס פון לערן־צימער, זיך לאָזנדיק צום קאָרידאָרל, וואו זיין פּאַלטן איז געהאַנגען אויף דער שראַגע.

↤ 404

— רבי, וואָס גייט איר עפּעס היינט אַזוי פרי אַוועק? — האָט יהודית, מאירלס מוטער, אים דערזעענדיק אַוועקגיין, אַ פרעג געטאָן.

— מאירל איז, דאַכט זיך, ניט מיט אַלעמען: דער קאָפּ, ווייזט אויס, טוט אים וויי.

— וואָס איז פּלוצים?

— כ׳ווייס ניט, ער האָט זיך ביים אָנהייב לערנען צעוויינט, און כ׳זע, אַז ער באַנעמט היינט גאָרניט.

אַז מאירלס מוטער איז אַריין אין צימער, וואו דער רבי האָט אים נאָך היינטיקן ניט־לערנען אַליין געלאָזט, האָט זי אים געטראָפן אויף זיין אָרט, ווי אַ פאַרגליווערטן. זי האָט אים דעם קאָפּ אַ טאַפּ געטאָן, זען, צי האָט ער היץ — ניין.

— איז פאַרוואָס זשע האָט ער היינט ניט געלערנט?

מאירל האָט געשטאַמלט. עפּעס האָט ער יאָ געזאָגט און נישט געזאָגט, און סיי פונעם יאָ — און סיי פונעם נישט־געזאָגטן איז געווען צו זען, אַז קלאָר ווייסט ער אַליין ניט. יאָ, אמת, וויסן האָט ער טאַקע ניט געוואוסט, נאָר ווען מע זאָל אים געווען צעשפּיליען און אים אין האַרץ אַריינקוקן, וואָלט מען געזען, אַז דאָס, וואָס די גרויסע אין שטוב האָבן די לעצטע צייט אויף זייערן אַ באַשטימטן אופן איבערגעלעבט, האָט ער, מאירל, אויף זיינעם אַן אומבאַשטימטן, דאָס, וואָס די גרויסע האָבן געוואוסט אויף זיכער, האָט ער נאָר אָנגעשמעקט אין דער לופט און אַרויסבאַקומען נאָר פון אַ וואָרט, פון אַ מינע, פון אַ וואונק.

מאירל, וואָס איז געווען באַשאָנקען מיט דעם, וואָס מאַכט אַ קינדס אויער געבויערט אויף אויפצוכאַפּן אַזוינס, וואָס גרויסע ווילן דערפאַר פאַרשטעלן; מאירל, וואָס, ווי מיר האָבן שוין ערגעץ דערמאָנט, איז אַפילו געווען באַשאָנקען מיט דער פייאיקייט פון פאָרויספילן זאַכן, ענדערונגען און געשעענישן אין שטוב, האָט די לעצטע צייט אויפגעכאַפּט און פאָרויסגעפילט אַזוינס, וואָס האָט זיך אים געלייגט ווי אַ שווערער שטיין. אייגנטלעך, ניט פאָרויסגעפילט, נאָר שוין טאַקע ממש דערזען — דאָס, וואָס האָט אים אָפט געמאַכט וויינען אין זיין קישן אויפן געלעגער ביינאַכט, און דאָס האָט אים געבראַכט אויך היינט, אינמיטן בייטאָג, פּלוצים זיך צעוויינען פאַרן רבין.

ער איז נאָך דעם, ווי די מוטער איז פון אים אַוועק אַ האַלב־באַרואיקטע, נאָך אַ שטיקל צייט אַליין און ווידער, ווי אַ פאַרגליווערטער, אין זיין לערן־צימער געבליבן; דערנאָך זיך אָפּגעזוכט עפּעס אייניקע אומנייטיקע און אומנוציקע קינדערשע באַשעפטיקונגען, אַרום וועלכע ער איז אַרומגעגאַנגען אָן שום אינטערעס, און, ווי מע האָט געזען, כדי נאָר מיט עפּעס צו פאַרנעמען די צייט און זיין אייגענע איבעריקייט; און לסוף האָט ער — פאַר זיך אַליין ניט באַמערקט, ווי אַזוי און ווען, — דורך דער קיך זיך דורכגערוקט, אויף די ↰ 405 טרעפּ, וועלכע פירן צו אַלטערן אין אייבערשטיבל אַרויף, און זיך צו יענעם אין צימער אַריינגעשטעלט.

— האַ, מאירל?! — האָט אַלטער מאירלען, שוין אויף דער שוועל דערזעענדיק, מיט אַ גוטמוטיק־אויפגעלייגטן טאָן, מיט אַ פול מויל שמייכל און פאַרגעניגן באַגעגנט.

ביידע זיינען געווען צופרידן: אַלטער פונעם באַזוך — זאָל זיין אַפילו קינדער־באַזוך, אַבי אַ לעבעדיקער נפש, וואָס האָט צו אים אַזוי זעלטן אין צימער אַרויפגעקוקט. אויך מאירל צופרידן, ווייל פון תמיד אָן פלעגט ער ביי אַלטערן געפינען יענס ווינקל וואו אויפצובינדן זיינע אייגנשאַפטן, וועלכע האָבן פון אים געפאָדערט אַ ביסל אָפּגעזונדערטע לופט און אַ ביסל אויסער־ שטוביקע שטילקייט, ווי ס׳מאַכט זיך אָפט ביי געוויסע קינדער, וועלכע באַליבן בוידעם־ אָדער קעלער־לופט.

דאָס פלעגט פאָרקומען אַפילו דעמאָלט, ווען אַלטער איז נאָך קראַנק געווען, און ווען צו פאַרברענגען מיט אים, ווי מיט אַלע מענטשן, איז געווען אוממעגלעך, — איז אַפילו אויך דעמאָלט האָט מאירל געפונען אינטערעס און באַדערפעניש פון צייט צו צייט אַלטערן צו באַזוכן, בפרט איצט, ווען מיט אַלטערן האָט זיך שוין געלאָזט ווען אַמאָל צו פאַרפירן אַ שמועס, פון אים אַ וואָרט צו הערן, אָדער ווען אַמאָל אים אויך עפּעס צו זאָגן.

— האַ, מאירלי! — האָט אַלטער זיין אויפגעלייגטן אויסרוף איבערגעחזרט, זעענדיק, אַז מאירל האָט זיך עפּעס נישט דרייסט און ווי צוריקגעהאַלטן אויף דער שוועל אָפּגעשטעלט. — קום אַריין, מאירל, וואָס מאַכסטו?

— גאָרניט, — האָט יענער, נאָך דער איינלאַדונג, די שוועל אין צימער אַריבערגעשפּאַנט.

— האָסט שוין היינט אָפּגעלערנט? — האָט אַלטער ביי אים, כדי אַ שמועס אויפצובינדן, געפרעגט.

— יאָ, — האָט מאירל געענטפערט.

— נו, און דו קענסט שוין טאַקע לערנען? — האָט אַלטער ווייטער געפרעגט.

— און דו קענסט? — האָט מאירל צוריק דרייסט אָפּגעפרעגט, זיך דערלויבנדיק בנוגע אַלטערן אַזאַ פראַגע, וואָס צו קיין אַנדער עלטערן אין אַלטערס יאָרן וואָלט ער זיך געוויס ניט דערלויבט...

דאָס רעכט אַזוי צו פרעגן האָט זיך מאירל גענומען דערפאַר, ווייל דער גאַנצער באַנעם אַלטערס, אַלטערס מאַניר און פּאָסטעמקעס ביים פרעגן און ענטפערן זיינען, נישט געקוקט שוין אויף זיין געזונט, דאָך נאָך געווען, ווי פון איינעם, וואָס איז נאָר־וואָס אַרויס פון אַ שווער שלאַפקייט, וועלכער האַלט שוין, אמת, ביים גענעזן ווערן, אָבער דער מוח און דאָס לשון זיינען אים נאָך האַלב־געלעגערט, און די ווערטער קלינגען נאָך ביי אים אָדער אַ ביסל ↰ 406 עובר־בטלדיק, ווי ביי אַ שוואַכזיניקן זקן, אָדער, ווי ביי אַ צוגעשלאָגן און לעקעשעוואַטע קינד.

— און דו קענסט? — האָט מאירל געפרעגט.

— יאָ, — האָט אַלטער, שמייכלענדיק און מיט זיכערקייט געענטפערט.

— אַנו, לאָמיר זען. — איז מאירל צום טיש צוגעגאַנגען און דעם ערשטן ספר, וואָס איז אים געקומען צו דער האַנט, האָט ער אויפגעעפנט, און אַלטערן, ווי אויף זיך צו פאַרהערן, איינגעלאַדן.

אַלטער האָט זיך געלאָזט. ער איז, פאָלגנדיק, ווי אַ תלמיד, צוגעגאַנגען און ער האָט גענומען זאָגן און די ווערטער פאַרטייטשן אַזוי גוט און פאַרשטאַנדיק, אַז מאירל האָט זיך גלייך איבערצייגט, אַז יענער, אַלטער, האָט רעכט און אַז ער האָט דאָ ניט איבערגעטריבן און קיין ליגן ניט געזאָגט.

ס׳איז געווען אַ בילד צו זען, ווי מאירל האָט, זיך איינהערנדיק, זיין גרויסן שילער ווי אויסגעפּרואווט, און אַלטער האָט כמעט ערנסט זיך געלאָזט פאַרהערן, נישט אַרויסווייזנדיק דערביי קיין שפּאַס און קיין שום חוזק־מינע, ווי ס׳מאַכט זיך ביי עלטערע, ווען זיי מאַכן שפּיל און אָנשטעל, בשעתן אַראָפּלאָזן זיך אַמאָל צו אַ קינד... ניין, אַלטער האָט דאָס געמאַכט ערנסט. און דערפאַר, אַז אַלטער האָט ביי מאירלען שוין געוואונען דעם צוטרוי סיי אין קענטעניש סיי אויך אין היימישקייט און אין צוגעלאָזנקייט, וואָס כאָטש אַזאַ גרויסער, הייסט עס, האָט ער זיך דאָ צו מאירלען געשטעלט, ווי אַ גלייכער צו אַ גלייכן, — האָט פּלוצים מאירל אַלטערס לייענען איבערגעריסן און אינמיטן דרינען אויף אים אַ קוק געטאָן און אַ זאָג געגעבן שטאַרק צוטרוילעך און פּלוצימדיק:

— ווייסט, אַלטער? דער טאַטע האָט דאָך שוין נישט דעם גאָלדענעם זייגער...

— וואָס? — האָט אַלטער זיך מיטאַמאָל פונעם ספר אָפּגעריסן.

— זיין גאָלדענעם זייגער האָט ער שוין נישט.

— וואָסער זייגער?

— דעם, וואָס מיטן זאַמשענעם בייטעלע, וועלכן ער טראָגט אין זשיליעט־קעשענע.

— וואָס הייסט? מע האָט אים ביי אים צוגעגנבעט, צי ער האָט אים פאַרלאָרן?

— ניין. פאַרזעצט.

— וואָס הייסט — פאַרזעצט?

— מע האָט אים פאַרבאָרגט פאַר געלט; אי דעם זייגער, אי דער מאַמעס אוירינגלעך און בראָשן, אי דאָס גאַנצע צירונג און אַלע שבתדיקע לייכטער פון שטוב.

ווירקלעך: מאירל האָט דאָ געזאָגט דעם ריכטיקן אמת. ער האָט די ↰ 407 לעצטע טעג באַמערקט דעם טאַטנס זשיליעט־קעשענע ליידיק. אַז ער האָט זיך נאָכגעפרעגט, האָט אים דער טאַטע, יאַנקעלע גראָדשטיין, אַ ביסל מיט פאַרב אין פּנים און אַ ביסל אָפּשטויסנדיק, ווי ניט וועלן ער זאָל זיך ווייטער דערפרעגן, אים געענטפערט, אַז ער איז ביים זייגערמאַכער אויף צום פאַרריכטן: „אַ האָר האָט געפּלאַצט, אַ רעדל איז קאַליע”... — האָט יאַנקעלע גראָדשטיין, נישט קענענדיק זאָגן קיין ליגן, צוויי מיטאַמאָל דאָ אַרויסגעזאָגט, נישט וויסנדיק, וואָס אויסצוקלייבן און וואָסערער איז בעסער.

מאירל האָט צוערשט אָנגענומען זיין טאַטנס תירוץ פאַר אַ תירוץ. אָבער אַז ס׳זיינען אַוועק עטלעכע טעג און די זשיליעט־קעשענע איז נאָך אַלץ ליידיק געבליבן, און וויסנדיק, אַז ווען אַפילו אַזאַ זאַך מאַכט זיך, ד. ה. ווען דער זייגער זאָל טאַקע באמת קאַליע ווערן, איז דאָס יעדעס מאָל אַן אַרבעט נאָר אויף עטלעכע טעג, ווייל דער טאַטע, ווי ער האָט געוואוסט, איז שטאַרק צוגעוואוינט צום זייגער, קאָן זיך אָן אים ניט באַגיין און פאָדערט אים שטענדיק אַרויס וואָס גיכער, — וויסנדיק דאָס אַלץ און פאָרט ניט געפינענדיק אים ביים טאַטן, האָט זיך שוין מאירל פאַרטראַכט.

דערצו נאָך האָט זיך דעמאָלט אונטערגערוקט אַ שבת, און פרייטיק פאַרנאַכט, ווען מאירל איז פון אַן אַנדער צימער גראָד אין עס־שטוב אַריין, איז ער געבליבן שטיין מיט אַן אָפן מויל: דער טיש, וואָס פלעגט יעדעס מאָל זיין פאַרשטעלט מיט אַ גאַנצער ריי גרויסע און קליינע זילבערנע לייכטער, און וואָס די שיין פון זייערע ליכט האָט אַזש אַרויפדערלאַנגט ביז דער סטעליע און אָפּגעשלאָגן אויף אַלע ווענט, — דער טיש איז איצט פאַרשעמט: עטלעכע קליינע, אָפּגעקראָכענע מעשענע האָבן דאָס אָרט פון די זילבערנע פאַרביטן, און די שיין פון די ליכט האָט אים אויסגעדאַכט טונקל, נישט נאָר אויף צו באַלויכטן די ווענט און די סטעליע, נאָר אַפילו אַליין פאַר דעם טיש און פאַר זיין נאָענטקייט ווייניק.

דערביי האָט מאירל באַמערקט, ווי ביי די ווייבער, ביי דער באָבען און ביי דער מאַמען, האָבן נאָך די ליכט־בענטשן די אויגן אויסגעזען ווי נאָך געוויין, וועלכע ביידע האָבן זיך באַמיט איינס פאַרן אַנדערן און באַזונדערס פאַר די קינדער — צו פאַרשטעלן.

יאָ, אגב: נאָך יענעם ליכט־בענטשן איז אין קיך דעמאָלט, צווישן די צוויי דינסטן, צווישן דער עלטערער און דער יינגערער, פאָרגעקומען אַ קורצער געשפּרעך, בעת יענע האָבן זייער לעצט אַרבט פון פאַרן ערב־שבת אָפּגעטאָן. די עלטערע האָט אַ זאָג געטאָן:

— וואָס זאָגסטו עפּעס, מויד, צו דער מעשה מיט די לייכטער? מע האָט זיי, כלומרשט, זאָגט מען, געגעבן אָפּזילבערן. ניין, עפּעס געפעלט מיר ניט, עפּעס קומט דאָ פאָר...

— וואָס זשע? האָט יענע, די יינגערע, געפרעגט.

↤ 408

— טו גיכער. ס׳ניט פאַר דיין קאָפּ. און פונדעסטוועגן וואָלטן מיר זיך נאָך געמעגט ווינטשן צו פאַרמאָגן אַ צענט־חלק פון דעם, וואָס זיי וועט נאָך בלייבן.

— וואָס בלייבן?

— טו דיין זאַך. ס׳שוין שפּעט. און פונדעסטוועגן וואָלסטו זיך נאָך געמעגט דאָ איינשטעלן פאַר אַ שנור. נו, שנור, מאַך עס גיכער, — האָט די עלטערע אונטערגעאיילט די יינגערע איר אַרבעט צו פאַרענדיקן.

מאירלען האָט דאָס טיש־בילד געפּלעפט. ער האָט שוין דערנאָך דעם גאַנצן פרייטיק־צונאַכטס קיין וואָרט ניט אויסגערעדט, ניט מיט קיין עלטערע, ווען מע האָט זיך געווענדט צו אים, אויך ניט מיט קינדער. און דערנאָך, אינעם זעלבן פרייטיק־צונאַכטס, האָט ער פאַרן אַנטשלאָפן ווערן זיך לאַנג אויפן געלעגער געדרייט, און ביינאַכט האָבן זיך אים געחלומט זייגערס מיט מענטשלעכע פּנימער, ווי זיי שטייען פאַר אָרעמע בענטש־ליכט, און דורך די פינגער, מיט וועלכע זיי פאַרשטעלן זיך די אויגן, קאַפּען זיי די טרערן... און ווייטער האָט זיך אים געחלומט, ווי ער זעט זיין זיידן, דעם טאַטן און דעם פעטער, נחום לענטשער, עפּעס ווי הייזער־גייער — שלעכט אָנגעטאָן, אָפּגעריסן און קויטיק, און זיי באַווייזן זיך אויסגעשטעלט אין אַ שורה אינדרייען: צוערשט דער זיידע, דערנאָך דער טאַטע, און צום לעצט דער פעטער נחום, וועלכע קומען טאַקע אַריין אין זייער אייגענעם הויף מיט הייזער־גייערשער הכנעה, שטעלן זיך פאַר דער קיך־שוועל צום בעטלען, און וואַרטן, ביז די דינסטן זאָלן זיי פון דער קיך די גראָשנדיקע נדבות אַרויסטראָגן, און לעסטיק און אומאַכטנדיק זיי אין די הענט אַריינשטעקן.

מאירל איז נאָך יענער שבתדיקער נאַכט און נאָך די חלומות אַרומגעגאַנגען, ווי ניט קיין היגער. ער האָט אין קיינע קינדערשע שפּילן און שטיפערייען קיין אָנטייל ניט גענומען, און אָפט האָט ער שוין אויך בייטאָג דערנאָך געזען דאָס, וואָס יענעם ביינאַכט — אין חלום: אָפט האָט ער שוין אינמיטן העלן טאָג אויסגעטאָן זיינע שטוב־לייט זייערע אָנשטענדיקע, פאַרמעגלעכע קליידער און זיי דערזען איבערגעטאָנענע, ווי אָרעמעלייט און הייזער־גייער. און אַזוי ווי פאַר קיינעם האָט ער זיך ניט געקאָנט אַרויסגעבן, מחמת קינדער וואָלטן ניט באַנומען, און עלטערע וואָלטן געוויס אויף אים אָנגעשריגן, ווען ער וואָלט זיך עפּעס מער געוואָלט דערפרעגן, האָט דערום מאירל דאָס סאַמע לייכטסטע אויסגעפונען — אַלטערן, צו וועלכן דער וועג איז אים געווען פריי, און פאַר וועמען ער האָט געפילט, אַז אַלץ, וואָס ער וועט וועלן, וועט ער קאָנען זאָגן און אַלע זיינע אָנגעווייטיקסטע פאַרבאָרגנקייטן אַרויסברענגען.

און אָט, נאָך דעם, ווי אַלטער האָט זיך צוטרוילעך געלאָזט פאַרהערן, נאָך דעם, ווי מאירל איז געשטאַנען לעבן יענעם, ווי אַ גלייכער מיט אַ גלייכן, און איבערבייגנדיק זיך איבערן ספר, האָט ער זיך מיט אים מיט די ↰ 409 אַקסלען אָנגערירט און אין נאָענטער היימישקייט אַריין — האָט זיך מאירל דעמאָלט שוין דערפילט פריי אויף אַזוי ווייט, אַז אויך ער זאָל אָפנהאַרצייק אינמיטן דעם פאַרהער איבעררייסן און אַ זאָג טאָן אומגעריכט, ווי אומגעריכט נאָר קינדער קאָנען אַ זאָג טאָן, ווען ס׳טרעט זיי צו, און זיי ברענגען מיטאַמאָל אַרויס דאָס, וואָס ס׳האָט זיך ביי זיי אָנגעזאַמלט אין ערגער:

— ווייסט, אַלטער, — האָט מאירל געזאָגט, — דער טאַטע האָט דאָך שוין נישט דעם גאָלדענעם זייגער?

— וואָסער זייגער? — האָט אַלטער ניט באַנומען.

— דעם, וואָס מיטן זאַמשענעם מיטעלע, — האָט מאירל געענטפערט, און אַזוי, פון פראַגע צו פראַגע און פון ענטפער צו ענטפער, האָט זיך אַלטער פּאַמעלעך דערווייל דערוואוסט, אַז אין שטוב האַלט ביי דעם, וואָס ס׳שמעקט מיט אָנווערן אַלץ, וואָס מע האָט יאָרן־לאַנג געזאַמלט, און אַז דער ערשטער סימן דערויף איז דאָס, וואָס מאירל האָט אים דאָ נאָר־וואָס דערציילט, אַז ניט נאָר ביי זיין טאַטנס זייגער האַלט עס, נאָר אויך שוין ביי זיין מאַמעס אוירינגלעך, בראַסלעטן און בראָשן און אויך אַפילו ביי די זילבערנע בענטש־לייכטער פון אַלע פרויען אין שטוב.

— טאַקע? — האָט אַלטער, אַ דערשראָקן־פאַרחידושטער, געפרעגט.

— יאָ, — האָט מאירל געענטפערט, — ער האָט אַליין געהערט, ווי זיין טאַטע־מאַמע האָבן צווישן זיך געשמועסט, אַז דער זיידע האָט פאַר עפּעס די לעצטע צייט זייער מורא, און אַז אַלע אין שטוב ציטערן צווזאַמען מיט אים, מיטן זיידן.

— מורא? פאַר וואָס? — האָט אַלטער, שוין פאַרשטייענדיק, זיך דאָך ווי ניט וויסנדיק געמאַכט, כדי דעם געשפּרעך ווייטער פאַרזעצן און ביי מאירלען וואָס מער אַרויסציען.

— וואָס הייסט „פאַר וואָס”? וואָס זשע, ער מיינט, אַלטער, אַז מע זעצט אָן, איז אַזוי גרינג? מע קאָן זיי דאָך דאָס אַלץ אַוועקנעמען און זיי לאָזן ביי גאָרנישט...

דעמאָלט איז אַלטער אַנטשוויגן געוואָרן. מעגלעך, אַז ער האָט מער ביי מאירלען ניט געפרעגט דערפאַר, ווייל ער האָט אים געשאַנעוועט און ניט געוואָלט אַריין מיט אַ קינד אין צו טיפע דרכים; און מעגלעך אויך, אַז ער האָט געזען, אַז מער, וויפיל ער האָט ביי אים אַרויסבאַקומען, איז שוין יענער נישט אימשטאַנד אים מיטצוטיילן, ווייל ער ווייסט אַליין ניט מער. ווי ס׳זאָל ניט זיין, נאָר צו מאירלס פאַרוואונדערונג, האָט אַלטער גאָר עפּעס פּלוצים אים גענומען גלעטן זיין קאָפּ און אַקסל — גלאַט, אָן שום סיבות, געטריי און ברידערלעך, און אין דער זעלבער צייט, האָט מאירל באַמערקט, זיינען אַלטערס אויגן עפּעס ווי פאַרמישט און ניט קיין היגע געוואָרן, גלייך ער וואָלט זיך ↰ 410 איבערגעטראָגן ווייט און גאָר ערגעץ אַנדערש, וואו ער איז נאָר־וואָס דאָ, פריער אַ מינוט, מיט אים געווען צוזאַמען.

ריכטיק: אַלטער האָט זיך טאַקע אַזוי שטאַרק פאַרטראַכט, אַז ער האָט אַפילו ניט באַמערקט, ווי מאירל האָט זיך פון אונטער זיינע הענט אַרויסגעגליטשט. נישט פאַרשטייענדיק דעם מיין פון אַלטערס גלעטן אים, און זעענדיק, אַז אַלטער, דאָס טוענדיק, איז ווי מיט עפּעס אַנדערש פאַרנומען, איז מאירל אַוועק און אַלטערן אַליין געלאָזט. און אַז אַלטער האָט זיך אויפגעכאַפּט, האָט ער נאָר געפילט דעם אָטעם פון עפּעס אַ מין שליח, וועלכן די שטוב אונטן האָט צו אים אַהער, אַרויף אויבן, אַרויפגעשיקט, מיטן מיין אים דעם אָנהייב פון איר סוד צו אַנטפּלעקן, אָבער מער פון קיין אָטעם איז אים פון מאירלס באַזוך טאַקע ניט געבליבן, ווייל פאָרט אַ קינד, אויף וועלכן ס׳איז ניט אויסצושטעלן און וואָס איבעריקס דערויף איז זיך ניט צו פאַרלאָזן. און פון דעמאָלט אָן האָט אַלטער אויפן ווייטערדיקן און אויף דער פאָרזעצונג געוואַרט: ער האָט אַלעמאָל פון דעמאָלט אָן — סיי בייטאָג סיי אויפדערנאַכט, ווען ער איז נאָר געווען וואַך און ווען פריי פון אַלע זיינע טועכצן — אויף דער טיר געקוקט, וואַרטנדיק, אַז אָט, אָט וועט זיך צו אים נאָך עמעצער אַריינשטעלן, אַ מער זיכערער, אַ מער עלטערער, פון וועמען ער וועט דאָס, וואָס ער האָט באַקומען זיך דערוואוסט פון מאירלען קינדערש און האַלב־מטושטש — פון יענעם, פונעם עלטערן, מער קלאָר און אויף מער זיכער דערוויסן.

* *
*

און אַלטער האָט זיך אויסדערוואַרט. די לאַגע אין שטוב אונטן איז געווען אַזאַ, וואָס האָט שוין בשום־אופן קיינעם ניט געקאָנט אויסמיידן און האָט געמוזט דערלאַנגען אַפילו צו אַלע ווייטסטע פון שטוב, אַפילו צו קינדער, און אַפילו צו אַזאַ, ווי אַלטער, וועלכן דער גורל, וואָס האָט די שטוב פאַרטשעפּעט, האָט מיט אַ שפּיץ פליגל אויך אים געמוזט אָנרירן.

אין איינעם אַ נאָענטן טאָג פון נאָך מאירלס וויזיט האָט זיך צו אים אין צימער באַוויזן גיטעלע, דאָס ווייב פון זיין ברודער משה.

דאָס איז געווען דעמאָלט, ווען נחמהקעס, משה מאַשבערס טאָכטערס, קרענק האָט זיך אויף פיל פאַרערגערט. מע ווייסט ניט, צי איר אייגן שלאַפקייט אַליין איז געגאַנגען אַזוי ראַש, צי ס׳איז איר נאָך עפּעס, אַ צווייטס, צוגעפאַלן, וואָס האָט די פאַרערגערונג פאַראורזאַכט, נאָר נחמהקע, האָט מען געזען, גייט איין, דאָס געשווילעכץ פון די פיס הייבט זיך איר אַרויף העכער. ס׳פעלט איר אויס אָטעם שוין ניט נאָר אויף צו מאַכן עטלעכע שפּאַן אין צימער לעבן איר בעט, נאָר שוין אַפילו נאָר אין בעט צו ליגן. מע האָט שוין געהאַט גערופן נישט נאָר דעם באַשטענדיקן הויז־דאָקטער, יאַנאָווסקין, נאָר צוזאַמען מיט אים נאָך איינעם — איינעם אַ פּאַשקאָווסקין, אויך אַזאַ אַלטער, ↰ 411 ווי יענער, אויך אַזוי שטיל, אויך מיט באַקנבאַרדן, און אויך אַ פּאָליאַק, וואָס יעדעס מאָל, אין אַן ערנסטן פאַל, האָט מען זיי געפּאָרט, זיי גערופן אויף אַ קאָנסיליום, ווייל זיי — די סאַמע ערנסטע, די סאַמע גרעסטע ווייסערס פון שטאָט, און פון זיי האָט מען אויף הילף און אויף אַ לעצט גוט וואָרט געוואַרט.

ביידע זיינען אויך דאָס מאָל אָפּגעזעסן לאַנג און שטיל ביי דער קראַנקערס בעט. אַמאָל האָט איינער זיך אָנגעבויגן זי צו באַטראַכטן — דאָס לייב, דאָס פּנים, די פיס, און טיף איר אין די אויגן אַריינצוקוקן — און אַן אַנדערשמאָל אַ צווייטער. זיי האָבן קיין צייט ניט געזשאַלעוועט, און דאָס באַטראַכטן, בעת דעם איינעם וויזיט, עטלעכע מאָל אַפילו איבערגעחזרט. זיי האָבן שטיל, צווישן זיך, פריער אויף פּויליש, דערנאָך נאָך אויף לאַטיין, וועגן חולה זיך דורכגערעדט. און ביים אַוועקגיין, בשעת מע האָט זיי אַרויסבאַגלייט צו דער טיר, אין הויף און אין גאַס און מע האָט געוואָלט פון זיי אַ פאַרזיכערנדיק וואָרט הערן, אַלנפאַלס, אַז ס׳שמעקט ניט מיט קיין סכנה, — האָבן יענע זיך אי אַהער אי אַהין געדרייט, אי יאָ, אי ניין, הייסט עס, און די פאַרזיכערונג טאַקע פאָרט ניט געגעבן: דאָקטוירים האָבן געטאָן און פאַרשריבן, וואָס מע דאַרף, און גאָט דאַרף העלפן.

מאָל דיר, דאָס האָט מען אַליין געוואוסט... מע האָט געזען, אַז ס׳איז ניט גוט. נחום לענטשער, נחמהקעס מאַן, האָט פון זייער פּויליש־רעדן פאַרשטאַנען, ווי סע האַלט, און פונעם נישט־פאַרשטאַנענעם לאַטיין האָבן זיך שוין אויך די איבעריקע אָנגעשטויסן. אַזוי, אַז צוריקגייענדיק פון באַגלייטן די דאָקטוירים, האָט נחום צו דער שוויגער, צו גיטעלען, אַ זאָג געטאָן:

— שוויגער, ס׳איז ניט גוט, מע דאַרף עפּעס זען טאָן. וואָס טוט מען? — האָט ער פאַרלוירן, מיט אַ האַלב מאַנצבילש געוויין אויסגעבראָכן.

אַליין דער חולה האָט שוין אויך זייער ווייט געהאַלטן — אַזוי ווייט, אַז נישט איין מאָל האָט זי, קוקנדיק אויף אירע קינדער, זיך צעוויינט, און אַפילו זיך נישט אָפּגעשטעלט פאַר אַזוינע ווערטער פאַר איר פאָטער און מוטער אַרויסצוברענגען, ווי: „טאַטע”... „מאַמע”... „אויף וועמען לאָז איך זיי איבער, מיינע קינדער?”...

דעמאָלט האָט גיטעלע איינמאָל אַ פרימאָרגן אויפן „פעלד” זיך אַוועקגעלאָזט מיטנעמענדיק מיט זיך אַ פּאָר אָרעמע קרובות, איר צוהעלפן ביים קברים־מעסטן און דעם בוימל פון די מויערל־לעמפּלעך מיטצוברענגען — אַ סגולה די קראַנקע מיט אים אויסצושמירן.

זי איז פריער געקומען אויפן קבר פון „לאהניו דער פרומער”, וואָס צו איר פלעגן קומען ווייבער מיט די שווערסטע הערצער זיך אויסצורעדן און אויסצואוויינען, ווי עקרות, למשל, וועלכע האָבן שוין לאַנג נאָך דער חתונה קיין קינדער ניט געהאַט, און אויב זיי וועלן אינגיכן, גאָר אינגיכן ניט געהאָלפן ווערן, וועט זיי דער מאַן מוזן געבן גט. ס׳פלעגן קומען צו איר מאַמעס פון ↰ 412 קראַנקע קינדער, פון קליינע, ווי פון גרויסע קראַנקע, און האָבן זיך דאָרט אויף איר קבר מיט קולות און גוואַלדן געריסן.

אויך גיטעלע האָט זיך אָנגעוויינט — דאָרט, ווי אויך אויף אַנדערע קברים.

זי איז כמעט שוין אָן לשון געווען, און מחמת איר הייזעריקייט, און כדי די טאָכטער זאָל אויף איר ניט דערקענען, וואו זי איז געווען און פאַרוואָס זי האָט דאָס קול אָנגעוואוירן, האָט זי געזען דעם גאַנצן טאָג דער טאָכטערס צימער אויסמיידן און זיך צו איר ניט ווייזן.

און אַז ס׳האָט ניט געהאָלפן, און אַז דער טאָכטער איז נאָך אַלץ ערגער געוואָרן, האָט גיטעלע, אין איינעם אַ שבת־צונאַכטס, ווען פון דער טאָכטערס אַלקער זיינען שוין גאָר שלעכטע ידיעות אַרויסגעקומען, זיך אָנגעטאָן, מיט זיך מיטגענומען די עלטערע דינסט אויף זי צו באַגלייטן, און איז אין אַ נאָענטן שולעכל אַריין.

ס׳איז שוין געווען שפּעטלעך אין אָוונט. דאָס שולעכל איז געשטאַנען אַן איינזאַמס אין יענער גאַס, וואו בכלל זיינען דאָרט קיינע שולן ניט געווען, אויסער דעם, פון גאָר געמיינע באַלמעלאָכעס — פון ליכט־ציער און שטריקל-דרייער, דאַכט זיך. אַן אַנדערשמאָל איז אין אַזאַ שולעכל, אין אַזאַ שפּעטער שעה, אין אַ ליאַדע שבת־צונאַכטס — פּוסט, קיינער ניטאָ, און אַליין נאָר דער שמש מיט אַ פּאָר פאַרשפּעטיקטע היימלאָזע אָדער ליידיקגייער אַמאָל נאָר דעמאָלט ביי אַ קליין קויטיק קאַנעצל פאַרברענגען. דאָס מאָל — ניט. דאָס מאָל איז דאָס שולעכל באַלויכטן און כמעט פול מיט מענטשן געווען. ס׳איז געווען אַ שטיקל יום־טוב. מע איז אַלע, אַ היפּשע פּאָר מנינים, אַרום איינעם אַ טיש, וואָס אין מערב־זייט, געזעסן און געשטאַנען, וואו דאָרט, ביים טיש, האָט איינער אַ ייד — אַ מין חזן אָדער אַן אַנדערער ווער, — עפּעס פאַר זיך טינט־און־פעדער געהאַט און אין עפּעס אַ פּינקס אַריינגעשריבן.

ס׳איז געווען אַ שלעכטע צייט און אַ הונגער־יאָר דאָס יאָר, און באַזונדערס, פאַרשטענדלעך, שלעכט פאַר באַלמעלאָכעס. און גאָר באַזונדערס, נאָך פאַר אַזוינע, וואָס ווען אַפילו די צייט איז גוט, איז אויך דער באַדאַרף אין זיי ניט גוואַלדיק, בפרט, אַז ניט גוט, באַגייט מען זיך שוין אַוודאי און גאָר אינגאַנצן אָן זיי. און אין אַזוינע צייטן בלייבט פאַר אַזוינע סאָרטן באַלמעלאָכעס — פאַר אָרעמע, אַוועקגעשטויסענע, וואָס קיינער קוקט זיך ניט אום אויף זיי, ווייל זיי האָבן קיין שום אָנזען און באַטרעף אין שטאָט בכלל, און נישט צווישן אייגענע, צווישן באַלמעלאָכעס האָרעפּאַשניקעס אַפילו, — בלייבט פאַר זיי דעמאָלט נאָר איינס: זיך צוזאַמענקלייבן, אַ „חברה” גרינדן, וואו יעדער מיטגליד, יעדער חברה־מאַן זאָל אין אַ שלעכטער צייט פון דעם צוזאַמענגעקליבענעם מיטגליד־אָפּצאָל קאָנען באַקומען אַמאָל אויסגעליען אַ קערבל אויף שבת, אָדער עטלעכע גראָשן אויף ברויט אַמאָל אויך אויף אינמיטן דער וואָך. און וואו גרינדן זיך אַזוינע חברות: — געוויינלעך, אין שול, ↰ 413 געוויינלעך, אין אַ פרייען שבת־צונאַכטס, ווען חברה־לייט זיינען ניט פאַרנומען, אויסגערוט פונעם שבת, און וואו שטענדיק געפינט זיך שוין אַ ייד דערויף, ער זאָל פאַר אַלעמען מיט פיין־געכתיבהטע אותיות דעם פּינקס אָנשרייבן, פריער די שער־בלאַט, דערנאָך די תקנות — אַלץ, ווי דער נוסח פון פּינקסים פאָדערט: מיט פייגעלעך אויף פאָדער־בלאַט געמאָלט, אָדער מיט צוויי הענט, וואָס דריקן זיך איינס דאָס אַנדערע אויף ברודערשאַפט און אויף אַ סימן, אַז איינס דאָס אַנדערע זאָגן צו זיך צו שטיצן.

אויך דאָס מאָל איז אַזאַ ייד שוין ביים אויספאַרטיקן דעם פּינקס און ביים אַריינשרייבן די נעמען פון די חברה־לייט געזעסן — אַ פאַרטראָגענער, שטאַרק־באַשעפטיקטער מיט די פאַרשיידן־קאָלירטע טינטן און פּענעס לעבן אים. און אַרום אים, איבער זיין קאָפּ, האָבן יידן־באַלמעלאָכעס די העלדזער און קערפּערס געשטרעקט, דעם פאָלקס־קינסטלער ביי זיין מלאכה צו זען, און אַז אויך דערנאָך, ווען אַלץ וועט שוין פאַרטיק זיין, און מע וועט זיי רופן, זיי זאָלן זייערע חתימות — ווער סע קאָן, — אַוועקלייגן.

ס׳איז געווען אַ ביסל טומלדיק און אויפגעלייגט, ווי בכלל אין אַזוינע מאָמענטן, ווען מענטשן וואַרטן גוטס און טובות פון אַ זאַך, וועלכע זיי האָבן אייניק און מיט איין דעה פאַרטראַכט און פירגענומען, און וואו אַפילו, ווען קבצנים, ווי דאָרט, דעמאָלט, לייגן זיך צונויף מיטן לעצט — מיטן קבצן — וואָס זיי האָבן...

אָט דעמאָלט האָט זיך גיטעלע מיט איר דינסט באַוויזן. ס׳האָט זי צוערשט קיינער ניט באַמערקט. נאָר אַז גיטעלע איז גלייך צו צום אָרון־קודש, און נישט אָנפרעגנדיק זיך ביי קיינעם, ווי ס׳פירט זיך אין אַזוינע פאַלן, דעם פּרוכת ראַשיק אַ פאַרנעם געטאָן, און זיך אַוועקגעשטעלט, און אַרויס מיטן ערשטן קול פאַר די תורות, וואָס פון אינעווייניק, אין אָרון־קודש, — אָט דעמאָלט האָבן אַלע מיטאַמאָל די קעפּ פון מערב־זייט צו מזרח אויסגעקערעוועט און גלייך דערזען:

עפּעס צוויי ווייבער האָבן זיך אין שול באַוויזן. איינע — ווייזט אויס, אַ דינסט — איז ביי דער זייט געבליבן, און איז, אַפּנים, נאָר צום באַגלייטן מיטגענומען געוואָרן, און די צווייטע, די, וואָס די נויט איז אירע, איז פאַרן אָרון־קודש און פאַר די תורות טענהן געקומען.

מע האָט גלייך זיך אויך דערוואוסט, ווער די נויטבאַדערפטיקע איז. אַז דאָס איז גיטעלע, די גרויס־באַוואוסטע פון יענער גאַס, וואו איר מאַן האָט דעם באַוואוסטן פּריצישן הויף געהאַט, וואוהין זומער, אַלע שבת, פלעגט די גאַנצע שטאָט, באַזונדערס די איינוואוינער פון יענער גאַס, אַהין, אין יענעם הויף, קומען טרינקען וואַסער פונעם הויפס קאַלטער קרענעצע; און וואָס בעתן טרינקען האָט מען שוין אויך געכאַפּט אַ קוק אויף דער שטוב, אויף דער גוואַלדיקער גבירישער הרחבה, אויפן געפלאַסטערטן הויף, אויף די ↰ 414 קאַמערן און שטאַלן, און אויפן סאָד, וועלכער איז אויף אַ שלאָס געווען פאַרשלאָסן און אַלע אויגן דערביי זיינען געווען פול מיט קנאה און אָרעמעלייט דערביי האָבן געזיפצט, זיך אַפילו ניט קענענדיק ווינטשעווען אַזוינס. איצט, האָט מען דערזען, אַז דאָס איז זי, גיטעלע, די באַוואוסטע גבירנטע, דאָס ווייב פונעם באַוואוסטן גביר, פון משה מאַשבער, אַהער, ווי ס׳ווייזט אויס, מיט אַ צרה אויסצואוויינען געקומען.

מע איז שטיל געבליבן. מע האָט די אַרבעט ביים פּינקס, און אויך די געשפּרעכן איבערגעריסן, ווי תמיד ס׳פירט זיך, ווען אַ פרוי קומט אין דער מאַנצבילשער שול אַריין בעטן, וואָס ווען אַפילו אין סאַמע מיטן דאַוונען, און ווען זי קומט צו די סאַמע פרימסטע אַפילו, רייסט מען איבער אויפן האַלבן וואָרט, און מע וואַרט אויס, ביז יענע, די פרוי, וועט איר הויך־גוואַלדיק געשריי און געבעט אַרויסגעבן און פאַרענדיקן.

אַזוי אויך איצט. דער עולם האָט געשוויגן, און פון דער טיף פון אָרון־קודש אַרויס, וואוהין גיטעלע איז צוגעפאַלן מיטן קאָפּ, האָט זיך דערהערט אַ יאָמערלעך געוויין פון אַ מוטער, וואָס קען בשום־אופן ניט פּועלן און ניט דערלאָזן דעם געדאַנק, אַז זי דאַרף זיך שיידן מיט איר בעסטן, מיט איר ליבסטן — מיט אַ קינד, און נאָך וואָס פאַר אַ קינד — שוין אַליין אַ גרויסע, אַ דערוואַקסענע, שוין אַליין אַ מוטער פון קינדער.

גיטעלע האָט איצט פאַרן אָרון־קודש געטענהט אפשר נאָך מער, ווי פריער מיט אייניקע טעג פאַר די קברים אויפן „פעלד”. אָרעמע יידן באַלמעלאָכעס האָבן, נאַטירלעך, געדויערט, כאָטש, צוריק גערעדט, האָט זיך יעדער איינער דערמאָנט, אַז ביי אים, ווען אַזאַ זאַך מאַכט זיך — אַ קינד איז קראַנק, אַ ווייב, אָדער אַן אַנדערער ווער — איז אַפילו דאָס קומען בעטן אין שול, כאָטש די שול איז פאַר אַלעמען אַלצאיינס פריי און צוטריטלעך, איז דאָך גאָר אַן אַנדערש און ניט אַזאַ, ווי דאָ איצט, ביי גיטעלען, וועלכע איז געקומען, ווי צו זיך, ווי צו גאָר אַן אייגענעם: אויך איצט דאָ מיט אַ מין גבירישער גרייט, ווי, ערשטנס, מיט אַ דינסט אויף זי צו באַגלייטן, און אַפילו אויך די טענות צו גאָט אַליין — אַזוינע, און מיט אַזאַ שטעל, גלייך ער איז איר מער מחויב, ווי אַנדערע.

יידן באַלמעלאָכעס האָבן, נאַטירלעך, ניט מקנא געווען; נאָר אַפילו אויך אין אַזאַ־אָ צרה־צייט האָט זיך ביי זיי געבעטן דער פאַרגלייך מיט אַ גביר, און דער פאַרגלייך האָט זיך, אַפילו איצט, ניט באַקומען צו זייער גונסטן. ווייל באַלד נאָכן געוויין האָט גיטעלע צוגערופן דעם שמש און אים געגעבן אויף ליכט און גאַז — דאָס, וואָס זיי, די אָרעמע, קאָנען ניט. זי האָט אויף דער שול און דעם שמש אַליין עפּעס געשאָנקען, מע זאָל, הייסט עס, איר חולה אין זינען האָבן ביים דאַוונען. זי האָט אויך פאַרן אַוועקגיין די פאַרזאַמלטע אויף משקה געשפּענדעט, אַז אויך זיי, איצט, ווען ס׳איז ביי זיי אויפגעלייגט און זיי ↰ 415 גייען טאָן אַ מצווה־זאַך, ווי גרינדן אַ חברה, איז אַז זיי וועלן טרינקען לכבוד דער גרינדונג, זאָלן זיי אויך פאַר איר טאָכטערס געזונט טרינקען און איר אַ רפואה־שלמה ווינטשן.

מע האָט איר, נאַטירלעך, צוגעזאָגט, און גערן דאָס געשפּענדעטע אָנגענומען. און דעמאָלט, אַז גיטעלע האָט דאָס אַלץ פאַרענדיקט, האָט זי די דינסט מיט זיך מיטגערופן, איז מיט איר פון שול אַוועק. און אויפן וועג גייענדיק, שוין אַ ביסל אַן אויפגעמונטערטע און באַרואיקטע, ווי תמיד נאָך אַ געוויין, ווען די האָפענונג שטאַרקט זיך און דאָס געמיט ווערט געלינדערט, איז איר אויך אויפן געדאַנק אַ מין לינדערונג געקומען, און זי האָט זיך דערמאָנט, אַז אין אַזאַ־אָ צייט האָט זי, דאַכט זיך, אַחוץ די, פאַר וועמען זי האָט היינט און די לעצטע טעג געבעטן, אויך נאָך עפּעס עמעצן, פאַר וועמען זי וואָלט געקאָנט דאָס האַרץ אויסגיסן און זיך פאַרגרינגערן. דאָס איז אַלטער — יענער, וועלכער איז, דאַכט זיך, אַזוי ווייט און פון מענטשן אַרויסגענומען, אָבער אין דער זעלבער צייט אַזוי נאָענט, ווי אַן אייגן קינד, אָדער ווי אַ מין הייליקער, פאַר וועמען מע קאָן אַלץ, ביז אַ מינדסט, אויסלייגן, ניט וואַרטנדיק אַפילו אויף קיין ענטפער פון אים, ווייל אַליין יענעמס אויער און געהער איז גענוג... און יאָ, און אַלנפאַלס, דאַרף מען דאָס אין זינען האָבן — האָט זיך גיטעלע געזאָגט, צו דער שטוב צוקומענדיק.

און ווירקלעך: אַז אין אייניקע טעג אַרום שפּעטער, אַז די שטוב האָט ניט אויפגעהערט שמעקן מיט רפואות און מיט ערב־וויזיטן אין נאָך־וויזיטן פון דאָקטוירים, און אַז אין דער זעלבער צייט זיינען אויך פון געשעפט די מאַנצבילן אַלע טאָג וואָס אַמאָל מער פאַרפינצטערטער אַהיים געקומען, האָט זיך איינמאָל גיטעלע אין איר פאַרטראַכטן לינדן געדאַנק דערמאָנט, און איז פּאַמעלעך־פּאַמעלעך דורך די טרעפּ, וואָס פירן פון קיך צו אַלטערן אין אייבערשטיבל, אַרויף.

שוין גייענדיק אויף די טרעפּ, האָט מען געקאָנט באַמערקן, אַז גיטעלע גייט איצט ניט, ווי צו קיין איר גלייכן, ד. ה. ניט צו אַזאַ, צו וועלכן, אַז מע האָט אַן ענין און אַז מע לאָזט זיך גיין צו יענעם, איז אַז מע קומט שוין נאָענט צו פאַר דער טיר, האַלט מען שוין דעם ענין אין קאָפּ און מע טוט זיך די געדאַנקען און די ווערטער, מיט וועלכע מע דאַרף זיך ווענדן צו יענעם, אויססדרן און אין אָרדענונג ברענגען. ניין. גיטעלע איז דער עיקר איצט נאָר מיט אירע נויטן פאַרנומען געווען, אָבער וואוהין די פיס אירע האָבן זי געפירט, האָט זי כמעט ניט געוואוסט. געוואוסט נאָר, אַז, דאַכט זיך, צו אַלטערן פירן זיי זי, אָבער וואָס זי וועט דאָרטן טאָן, וואָס זאָגן, און ווי זיך פירן און האַלטן — האָט זי ווייטער ניט געוואוסט.

אַז זי איז אַריין, האָט זיך אַלטער דערשראָקן און פאַרלוירן. ווייל צו דעם, אַז גרויסע און דערוואַקסענע זאָלן אַריבערטרעטן זיין שוועל, איז ער דאָך ניט ↰ 416 געוואוינט געווען, בפרט גיטעלע, זיין ברודער משהס ווייב, וואָס ער האָט פאַרשטאַנען, אַז אויב זי אַליין האָט זיך שוין מטריח געווען אַהער, צו אים, אַרויפגיין, איז האָט זי דאָך שוין געוויס גאָר־גאָר אַן ערנסטער ענין אַרויפגעבראַכט — אַזאַ, וואָס אָדער פאַר אים, אָדער פאַר איר זייער וויכטיק. און דאָס האָט אים אין פאַרלעגנהייט געבראַכט, און ער האָט זיך, ווי אַן אומדערפאַרענער און ניט־געוואוינטער צו אַזוינע באַזוכן, מיט אַ קליין ביסל שרעק און מיט אַ גרויסער פּאָרציע אומזיכערקייט צו אים געגרייט.

גיטעלע, ווידער, אַז זי האָט נאָר זיין שוועל אַריבערגעטראָטן, און דערזעענדיק דעם, צוליב וועמען, אייגנטלעך, זי האָט זיך אַהער אַרויפגעהויבן — אַלטערן, איז אַזוי ווי ביז פריער אַ מינוט האָט זי, ווי געזאָגט, פון אים ניט געקלערט, האָט זי אָבער איצט, אים שוין האָבנדיק פאַר די אויגן, אַ געוויסע שטעלונג געמוזט צו אים נעמען, כדי צו קענען אַרויס מיט דעם, וואָס זי האָט אין זינען געהאַט און בנוגע אים פאַרטראַכט. זי האָט אויף אים תיכף אַ קוק געטאָן, און כאָטש איצט איז ער געווען בעסער געקליידט, כאָטש ער האָט אויך פיל בעסער אויסגעזען, האָט זי אָבער דאָך אויף אים, ווי אויף איינעם, וואָס ניט פון ישוב, געקוקט, און אַזוי אים טאַקע אָנגענומען: פאַר אַ קינד, אָדער פאַר אַ האַלבן הייליקן תם, וואָס דאָס אָבער שטערט ניט, נאָר פאַרקערט, העלפט נאָך, דווקא צו אַזאַ מיט דעם, וואָס זי איז געקומען, זיך ווענדן, און אַרויסצוברענגען און אויסדערציילן אַזוינע זאַכן, וואָס ווען ניט פאַר אַזאַ, — ניט פאַר קיין קינד, ניט פאַר קיין האַלבן תם, נאָר פאַר אַ געזונטן, קלאָרן און פאַרשטאַנדיקן — ברענגט מען קיינמאָל ניט אַרויס אַזוינס.

זי האָט אים גלייך אַ זאָג געטאָן אָן שום הקדמות, גלייך ווי מיט אַזוינע זיינען איבעריקע ווערטער איבעריק און מע קאָן פאַר זיי אָן שום פאָררעדעס צום ענין צוטרעטן, — זי האָט אים גלייך אַ זאָג געטאָן:

— דו, אַלטער, וואָס... — נאָר דאָ האָט זי זיך פאַרהאַקט, נישט וויסנדיק, וואָס „וואָס”, און דערזעענדיק פאַר זיך, אמת טאַקע, אַ ביסל אַ דערשראָקענעם און פאַרלוירענעם, אָבער פאָרט שוין אַ מענטש מיט פאַרשטאַנד און זין אין בליק, וואָס פאָדערט צו זיך כאָטש די מינדסטע מאָס אַכטונג און אויפמערקזאַמקייט, און וואָס די ווערטער, וואָס ווערן פאַר יענעם געזאָגט דאַרפן, על כל פּנים, מיט זין געזאָגט ווערן, — האָט זי זיך דערום אַ וויילע פאַרלוירן, גיטעלע; אָבער באַלד האָט זי זיך געכאַפּט, און מיטן זעלבן געפיל, מיט וועלכן זי איז אַרויפגעקומען, און מיט דער זעלבער באַציאונג, ווי צו אַ קינד, ווי זי איז די ערשטע מינוטן צוגעגאַנגען צו אים — גענוי מיטן זעלבן, ווידער, האָט זי איר אָנהייב פראַגע איצט פאָרגעזעצט: אינגאַנצן אָפן, אינגאַנצן הויל, אינגאַנצן אָפּגענאַקעט, ווי מע זאָגט פאָרט אַמאָל נאָר פאַר אַ תם, אָדער פאַר אַ האַלבן הייליקן:

— דו, אַלטער, — האָט זי אים געזאָגט, — וואָס ביסט אונדז אַן אייגענער, ↰ 417 און וואָס מיר האָבן מיט דיר אַזויפיל צו טאָן געהאַט, ביז מיר האָבן דיך אַרויפדערצויגן ביז צו דער איצטיקער שטופע; דו, וואָס זיצסט זיך דאָ אויבן, ווייסט נישט פון גאָרנישט, און אַלץ ווערט דיר אַרויפגעבראַכט, ווי אַ פויגל אין שטייג, וואָלסט איצט געמעגט פאַר אונדזער הויזגעזינד זיך איינשטעלן, פאַר אונדז בעטן, ווייל מיר אונטן ברענען, מיר אונטן גייען אונטער, דו הערסט, אַלטער?

— דו ווייסט ניט? פאַרשטייסט ניט? ווייל דו ביסט אַ קינד און פון דער וועלט אַרויסגענומען. אָבער דו דאַרפסט וויסן, ראשית, אַז אונדזער נחמהקע קאָן אונדז, הלילה, גאָר אינגיכן פון דער וועלט גיין און פאַרשניטן ווערן פאַר דער צייט; צווייטנס, אַז די געשעפטן אונדזערע (—״דו ווייסט, אַלטער, וואָס ס׳הייסט „געשעפטן”, — האָט זי אינמיטן די רייד אַריינגעשטעלט אַ פראַגע, ווי נישט זיכער זייענדיק, אַז אָט דאָס וואָרט איז קלאָר און באַדייטונגפול פאַר אַלטערן...), אַז אונדזערע געשעפטן זיינען אַזוי שפל, אַז באַלד וועלן מיר, מעגלעך, מוזן מיט אַלעם אונדזערן זיך שיידן, ווי מיט די געשעפטן אַליין, און ווי אויך מיט דער שטוב — מיר אונטן און דו אויבן. — דו הערסט, אַלטער?

און דאָ האָט זיך גיטעלע שטיל צעוויינט — נישט פאַר אַלטערן, ווי ס׳איז צו זען געווען, נאָר פאַר זיך אַליין, ווייל פון אַלטערן, האָט מען ווידער געזען, האָט זי, אויסער זיין אומשולד, אויף מער גאָרנישט ניט געוואַרט: ניט געוואַרט, ער זאָל זי טרייסטן, ווי פון אַן אַנדערן, אַ געוויינלעך־געזונטן, נאָענטן, ווי אויך ניט געוואַרט, ער זאָל מיט איר גלאַט אַ שמועס פאַרפירן און אַזויערנאָך איר דאָס האַרץ אויסרעדן. ניין. זי האָט געוויינט, ווייל ס׳האָט זיך איר געוויינט, נישט קוקנדיק אַפילו אויף דעם, וואָס זיצט, אָדער שטייט פאַר איר, נאָר גלייך זי וואָלט געווען אַליין אין צימער, און גלייך זי וואָלט פאַר די הוילע, שטומע ווענט געוויינט.

אַלטער איז געשטאַנען ווי אָן הענט און אָן לשון. נישט ער האָט געהאַט מיט וואָס זי צו טרייסטן, נישט ס׳האָט אים קיין מוט געקלעקט און אויך נישט קיין רגילות דערצו, ווי ביי אַנדערע אין אַזוינע מאָמענטן, ווען מע דאַרף אַ צווייטן אין אַ צרה פאַרגרינגערן. דערויף איז ער נאָך באמת אומבאַהאָלפן און ווייט פון ישוב געווען. ער האָט גאָרנישט ניט געזאָגט, האָט אויסגעזען בלאַס און געשטאַנען אַזוי, גלייך ער וואָלט דעם קאָפּ און די אויגן נישט געהאַט וואוהין אַהינצוטאָן.

און אַז גיטעלע האָט זיך אין דער שטיל אויסגעוויינט, האָט זי ווידער שטיל, פון איר בענקל, אויף וועלכן זי האָט זיך צום אָנהייב געהאַט אַראָפּגעלאָזט, אויפגעהויבן און פאַרן אַוועקגיין שוין צו אַלטערן גלאַט אַזוי אַ פּאָר ווערטער געלאָזט פאַלן, וואָס זיינען שייך אים אַליין — זיין פילן זיך און וואָס סע פעלט אים:

↤ 418

— ווי גייט עס אים? וואָס פעלט אים? זאָל ער זאָגן, וואָס ער דאַרף, וועט מען אים זען אַרויפשיקן...

זי איז אַראָפּ.

און דאָ איז שוין אַלטערן געגעבן געווען אויף גאָר אַ קלאָרן אופן דאָס, וואָס ער האָט פריער פון מאירלען נאָך אומקלאָר באַקומען — די ריכטיקע סיבה, פאַרוואָס אַלע זעען די לעצטע צייט אַזוי אויס, ווי אויך דאָס, פאַרוואָס זיין ברודער משה האָט אַפילו וועגן אַזאַ זאַך, ווי וועגן וועלכער ער האָט מיט אים אין יענעם געוויסן אויפדערנאַכט דעם געוויסן געשפּרעך געהאַט, איצט געזען מיט אים אויסמיידן צו רעדן.

ס׳איז אים, אויסער דעם, אויך קלאָר געוואָרן, אַז דער שטוב־גורל דאַרף אינגיכן, גאָר אינגיכן אויך אים ערגעץ מיט אַ פליגל־שפּיץ אָנרירן און אויף אים זיין שאָטן לאָזן פאַלן. ווען און ווי אַזוי — האָט ער ניט געוואוסט. נאָר אַ פאָרגעפיל האָט אים געזאָגט, אַז מיט גיטעלעס וויזיט זיינען די וויזיטן ניט אויסגעשעפּט און ניט געענדיקט, אַז אירער איז אים ניט דער לעצטער, און אַז נאָך אים דאַרף נאָך קומען עפּעס אַזוינס, וואָס וועט אים אין סאַמע רעכטן אָנטיילנעמענדיקן שטוב־קאָך אַריינציען און אים שוין ניט לאָזן מער פונווייטן... ווען דאָס וועט פאָרקומען? — האָט ער ווייטער ניט געוואוסט, נאָר פון יענעם מאָמענט אָן האָט ער זיך ווי גענומען דערצו גרייטן. און ריכטיק, אין אַ קורץ שטיקל צייט אַרום האָט דאָס געטראָפן, ווען איינער, שוין גאָר אַ נאָענטער זיינער — דאָס איז געווען אַליין טאַקע זיין ברודער משה — איז אים מיטן דריטן וויזיט געקומען באַפוילן.

* *
*

ס׳איז געשען גאָר אינגיכן. ס׳האָט איינמאָל, סאַמע אין יענער צייט, ווען אַלעמענס קעפּ זיינען געווען אַזוי פאַרטראָגן, די עלטערע דינסט אין עס־שטוב זיך אַריינגעשטעלט. מע האָט געזען, אַז ס׳איז ניט צוליב קיין קיך־ און דינסט־ענין. זי האָט, צוליבן איצטיקן אַריינקומען, אַפילו אָנגעטאָן די שבתדיקע פאַטשיילע אויפן קאָפּ, ווי ס׳טוען דינסטן אינמיטן דער וואָך, נאָר ווען זיי קומען אָן אויף אַ ניי „אָרט”, צו נייע באַלעבאַטים, אָדער, פאַרקערט, ווען זיי גייען אַוועק און זיי געזעגענען זיך מיטן „אָרט”. זי האָט דאָס קליינע שטיקל וועג, גייענדיק פון דער קיך אין עס־צימער, אַ ביסל אַ פאַרשעמטע און אַן אומזיכערע, מיט אַן עק פאַטשיילע די אייבערשטע ליפּ געווישט, גלייך זי וואָלט געגאַנגען אין גאָר אַן ערנסטער שליחות, אָדער אויף אַזאַ אונטערנעמונג, וואָס איז ניט פאַר איר דאָס אויסצופירן און אַרויסצוברענגען. דאָך איז זי געגאַנגען, ווייל, ווי ס׳ווייזט אויס, האָט זי דער געוויסן געביסן און ניט געלאָזט פאַרשווייגן אַזאַ זאַך, וואָס לויט אירע פרומלעך־שטייגערשע איבערצייגונגען, האָט זי דאָס געמוזט אַרויסגעבן.

↤ 413

זי איז געקומען צו גיטעלען, וועלכע איז גראָד דעמאָלט געווען אַליין אין צימער, און נאָך לאַנגער קווענקלעניש, נאָכן האַלבן שטום־לשון און לייטישן ווישן זיך מיטן עק טיכל די פאַרשוויצטע אייבערשטע ליפּ, האָט זי אַ זאָג געטאָן.

— באַלעבאָסטע, זאָלט איר מיר מוחל זיין... נאָר כ׳האָב אייך געוואָלט זאָגן, אַז ס׳איז ניט רעכט, וואָס אונדזער מויד, די גנעסיע, שלאָפט מיט מיר אין קיך...

— וואָס? — האָט גיטעלע ניט פאַרשטאַנען, ווייל דער קאָפּ איז איר מיט עפּעס אַנדערש און פיל בילכערס געווען פאַרנומען, — וואָס האָסטו געוואָלט?

— כ׳האָב געוואָלט זאָגן, באַלעבאָסטע, אַז ס׳איז ניט רעכט, וואָס יענע, די מויד אונדזערע, שלאָפט מיט מיר אין קיך, — האָט זי ווידער אירע ערשטע רייד און ווענדונג איבערגעחזרט.

— וואָס זי שלאָפט אין קיך, זאָגסטו? איז וואו דען זאָל זי שלאָפן? אין זאַל?

— ניין, כ׳מיין ניט, כ׳זאָג נאָר... — האָט יענע גענומען שטאַמלען, נישט וויסנדיק, ווי אַזוי צו איר זאַך צוצוטרעטן.

— וואָס עפּעס פּלוצים? וואָס איז געשען? — האָט גיטעלע זי איבערגעפרעגט, און ווי איר העלפנדיק פונעם שטאַמלעניש אויפן גלייך וועג אַרויף.

— ס׳איז געשען, באַלעבאָסטע, דאָס, וואָס אַלטער, אייער אַלטער, דרייט זיך די לעצטע צייט אַרום שוין עפּעס צופיל איבעריקס ביינאַכט אין קיך... צוליב מיר דרייט ער זיך געוויס ניט... איז מסתם צוליב איר, צוליב דער מויד...

— וואָס? — האָט גיטעלע אַ געשריי געטאָן, זיך פון אָרט, פון איר בענקל, וואו זי איז געזעסן, זיך אַ הייב געטאָן און אויף יענער אַזאַ קוק געטאָן, אַזש ביי דער דינסט האָבן די הענט אָפּגענומען, און זי האָט שוין באַלד אפשר חרטה געהאַט, וואָס זי האָט זיך גאָר אונטערגענומען און האָט ניט איינגעהאַלטן איר געוויסן אין בוזעם.

— יאָ, באַלעבאָסטע, — האָט זי, וויבאַלד שוין אָנגעהויבן, זיך דאָך ווייטער איינגעשטעלט, — כ׳האָב דאָס אייך געמוזט זאָגן, ווייל איר זענט דאָך אַן אייגענע... דאַרפט איר עס וויסן, ווייל ס׳קאָן דאָ עפּעס געשען... און גאָרניט לייטיש.

גיטעלע האָט דאָ גלייך דערזען, אַז יענער האָט דאָס איינשטעלעניש פיל מי געקאָסט, ביז זי איז צו איר מיט דער שליחות געקומען, און זי האָט דערום פאַרשטאַנען, אַז דאָס, וואָס יענע זאָגט איר דאָ, איז שוין געוויס ניט אויסגעטראַכט, נישט קיין אויסווייזעניש, נאָר אַ זאַך אַ זיכערע, און מסתם איז זי אויך אַ שטיק עדות געווען דערפון. אַזוי, אַז ווי גיטעלען איז ניט שווער געווען אַזוינס פון אַ פרעמדן, פון אַ דינסט, דאָס צו הערן, האָט זי זיך דאָך געלאָזט רעדן, און ווי נישט פאַרשעמט איר פּנים איז נישט געווען אַראָפּגעלאָזט צו דער ערד, נישט קאָנענדיק קוקן דער דינסט אין די אויגן, בשעת ↰ 420 יענע דערציילט איר גאָר אַזוינס, דאָך האָט איר אויער, ווילנדיק, צי ניט ווילנדיק, באַנומען אַלץ, וואָס זי האָט געהאַלטן פאַר איר חוב צו הערן — טאַקע ביזן סוף, און ביז זי וועט זיך ניט איבערצייגן אין דער גאַנצער ריכטיקייט פונעם דערציילטן: — ניין! ס׳איז ניט קיין רכילות, נישט אויסגעטראַכט, נאָר, ווי ס׳איז אַרויסצוזען, טאַקע הוילער און ריינער אמת.

די דינסט האָט איר דעמאָלט אויף האַלב ווייבער־לשון, ווי אַ פרוי אַ פרוי, אָנפאַרטרוילעך אַפילו דערציילט וועגן אייניקע גאָר אומאָנגענעמע פּרטים, וואָס פון זיי האָט גיטעלע נאָך מער דאָס פּנים אַראָפּגעלאָזט און נאָך מער פאַרשעמט דער דינסט אין די אויגן נישט געקאָנט קוקן. גאָר באַלד דערנאָך, אַז זי האָט אַלץ, וואָס געהער, זיך דערוואוסט, און אין דער ריכטיקייט פונעם זיך־דערוואוסטן שוין מער קיין צווייפלען נישט געהאַט, אַזוי האָט זי זיך נאָכאַמאָל פון איר בענקל אויפגעכאַפּט, און מיטאַמאָל, איילנדיק, אויפגיך, אַז יענע, די דינסט, זאָל איר פאַרלוירנקייט און איר געשלאָגענעם שטאָלץ ניט באַמערקן, איר אַ זאָג געטאָן:

— נו, גוט, גוט... גיי, גיי... מע וועט שוין זען טאָן, וואָס מע דאַרף...

— יאָ, — האָט גיטעלע צוגעגעבן, — און געדענק: מער מיט קיינעם וועגן דעם ניט רעדן, מער פאַר קיינעם קיין וואָרט דערפון. זי הערט, די דינסט?

— אַוודאי הערט זי! וואָס זשע, זי פאַרשטייט ניט? זי זאָגט נאָר, אַז די מויד דאַרף דאָרט ניט שלאָפן, — האָט זי נאָכאַמאָל איר וואָרענונג איבערגעחזרט, — מע קאָן זי לייגן אין עס־צימער, מע קאָן זי לייגן, וואו מע וויל, אַבי ניט דאָרט, — האָט די דינסט שוין פעסטער, מער היימישער און מער זיך דערלויבנדיקער אַ זאָג געטאָן, כדי גיטעלען צו באַרואיקן, מחמת זי האָט געזען, אַז די נייס, וואָס זי האָט איצט אין שטוב אַריינגעבראַכט, האָט אויף גיטעלען אַ דערדריקנדיקן איינדרוק געמאַכט.

— גוט, גוט, — האָט גיטעלע געזאָגט צעטומלט, — גיי, גיי, מע וועט שוין זען באַטראַכטן.

גיטעלע האָט דאָס מאָל ניט געזאַמט, און ניט געקוקט דערויף, וואָס זי איז גאָר ווייט פון אַ בעלן געווען איר משהן, צו אַלעם אומנחתדיקן פון פאַר דער לעצטער צייט, אים נאָך איינעם אַן אומנחת, ובפרט אַזאַ, פאַרשאַפן און איבערגעגעבן, און דערביי מיט אומרו און מורא אויף אים אַ קוק געטאָן צו גלייך מיט דעם פאַר אים אַרויס.

זי האָט אים טאַקע דעם זעלבן טאָג, ווי נאָר ער איז אַהיים געקומען, אויף אַ וויילע אין דער אַלקער אָפּגערופן, און גלייך נאָר, ווי ביידע האָבן די שוועל אַהין אַריבערגעטראָטן און דאָרט אַליין געבליבן, אַזוי האָט זי אים די נייס איבערגעעגבן, און דערביי מיט אומרו און מורא אויף אים אַ קוק געטאָן צו זען, ווי ער וועט דאָס באַנעמען, וואָס ער וועט איר עצהן פאָרצונעמען, אָדער וואָס ער אַליין וועט דאָ זען עפּעס טאָן.

↤ 421

משה מאַשבער האָט, דאָס דערהערנדיק, זיך אַ כאַפּ געטאָן ווי אָפּגעבריט; און ווי אַלץ, וואָס ער האָט די לעצטע צייט געטאָן, און וואָס מע האָט געזען, אַז ס׳איז ווייט פון באַטראַכטקייט און איבעריקן ישוב־הדעת, ווי ס׳פּאַסט פאַר אַזאַ, ווי משה, אַזוי האָט ער אויך דאָס מאָל בנוגע אַלטערס ענין געטאָן: ער האָט איילנדיק און כאַפּנדיק גלייך אַ זאָג געגעבן:

— מ׳דאַרף זען אַ שדכן.

— וואָס אַ שדכן? פאַר וועמען אַ שדכן? — האָט גיטעלע אַ דערשטוינטע אַ פרעג געטאָן.

— וואָס הייסט „וואָס”? וואָס הייסט „פאַר וועמען”? פאַר אַלטערן! פאַר וועמען דען, אויב ניט פאַר אַלטערן?

— און מיט וועמען וועט ער אים רעדן, דער שדכן?

— מיט וועמען? מירן זען. מע וועט זיך אַן עצה האַלטן — צווישן זיך, און אויך מיט אַלטערן אַליין איבעררעדן. און דערווייל, — האָט דאָ משה צוגעגעבן, דערמאָנענדיק זיך, וואָס די דינסט האָט גיטעלען דערציילט, — דערווייל קאָן מען איר בעטל אין עס־צימער איבערטראָגן, אין עס־צימער... — האָט ער געזאָגט און מער דעם שמועס ניט פאָרגעזעצט.

משה מאַשבערן האָבן, דאָס דערהערנדיק, עטלעכע געדאַנקען מיטאַמאָל אין קאָפּ אַ קלאַפּ געטאָן. ערשטנס: אפשר אַ זיווג: ער האָט זי דערזען, זי איז אים געפעלן, איז אפשר איז זי זיין באַשערטע... צווייטנס: אַז ס׳איז אויך ניט קרום: וואָרעם ווער, אויב ניט אַזאַ, וועט פאַר אַזאַ, ווי פאַר אַלטערן, פאַר אַ ווייב דען וועלן גיין? קיין אַנדערע געוויס ניט. זיין שלאַפקייט פון ביז אַהער איז דאָך אַלעמען באַוואוסט, און אויך פאַר זיין מאָרגן קאָן קיינער ניט ערוב זיין — היינט ווער, אויב ניט אַזאַ, וועט זיך אויף אַזוינעם דען קוואַפּען און זיך איינשטעלן מיט אים זיין גורל טיילן? דריטנס, — איז משה מאַשבער אַ געדאַנק דורכגעלאָפן, — דאַרף ער דאָס זען אָפּטאָן אויפגיך, וואָס גיכער טאַקע זען דעם שידוך טאָן, און אַפילו אויך חתונה מאַכן... ער זעט דאָך, וואָס אַרום אים טוט זיך, ווי דאָס שלימע גייט און קומט אים אָן פון אַלע זייטן, — איז אפשר מיט דעם, מיטן חתונה מאַכן אַ פאַרזעסענעם, בפרט אַזאַ פאַרזעסענעם, בפרט אַן אייגענעם, וועט ער דעם גזר אָפּשטעלן, דאָס פייער פאַרהאַלטן און די שווערע האַנט פון זיך אָפּפירן און פון אויבן זיך אַ דערלייכטערונג פאַרדינען. פערטנס — האָט ער זיך דערמאָנט, וואָס לוזי האָט אים וועגן דעם צו זאָגן געהאַט, און ווי יענער האָט אים וועגן דעם געוואָרנט און אים אונטערגעאיילט. פינפטנס, — וואָס אַלטער אַליין האָט אים וועגן זיך געהאַט צו זאָגן, און נעמלעך: וואָס ער האָט ביי אים, בעת יענעם געשפּרעך, אָן שום בושה, מיט קלאָרן לשון געמאָנט, און דאָס איז דאָך אַ סימן, ווי ווייט ס׳איז אים צוגעטראָטן, — היינט ווי מעג ער דאָ איבעריקס טראַכטן, איבעריקס זאַמען און נישט זען וואָס גיכער דאָס אָפּטאָן און דערליידיקן.

↤ 422

אָט דאָס און ענלעכס האָט זיך אים אין קאָפּ געשטויסן, און זיך ווי אַ וויכער אומגעטראָגן, און פונעם גרויסן פּלאָנטער און צעטומלונג פון דעם אַלעם האָט ער איינעם גאָר אַ קלאָרן און לייכטן פאָדעם געקאָנט אַרויסציען, פאַר וועלכן ער האָט זיך גלייך אָנגעכאַפּט, ווי פאַר אַ העכסטן ראַטונעק, און דאָס ערשטע, וואָס אין דער ערשטער ריי, ער האָט זיך געכאַפּט דערפאַר, איז געווען דאָס, וואָס ער האָט איילנדיק גיטעלען אַ זאָג געטאָן, און אויך דאָס, וואָס באַלד שוין אין די נאָענטסטע טעג דערנאָך האָט ער אַליין טאַקע גענומען אויספירן, און געלאָזט רופן צו זיך משולם דעם שדכן...

* *
*

משולם איז אַ ייד מיט אַ רויטלעך פּנימל און ווייסלעך בערדל. ער טראָגט אַן אָפּגעריבן פוטערן מיצל מיט אַ גרינלעך אָפּגעבליאַקעוועטן סאַמעטענעם דענעק, און אַז ער קומט ערגעץ אַריין, איז דאָס ערשטע, וואָס ער טוט, איז אַראָפּנעמען דאָס מיצל פונעם קאָפּ און צו בלייבן אין דער יאַרמעלקע. דאָס גיט זיך אים ניט איבעריק לייכט איין, ווייל דאָס מיצל פון דער יאַרמעלקע לאָזט זיך ניט אַזוי גרינג אָפּטיילן און שיידן, מחמת ביידע — אי דאָס מיצל, אי די יאַרמעלקע, — זיינען, פון פיל יאָרן זיי טראָגן, שוין היפּש פאַרפעטסט און ווי צוגעוואַקסן איינס צום צווייטן, אָבער נאָך געוואוינטער מי און געשיקטער האַנט־מלאכה צעטיילט ער זיי לסוף און זיין ציל איז אַ דערגרייכטער. דאָס טוט ער כסדר צוליב שדכניש־לעפּישעוואַטער הרחבה, כדי צו באַווייזן פאַר די, צו וועלכע ער קומט פאָרצולייגן אַ שידוך, אַז ער פילט זיך היימיש, אַז ער פירט זיך ווי אין דער היים, און אַז אויף אַזאַ, ווי ער, ווי אויף משולמען, קאָן מען זיך זיכער פאַרלאָזן.

ער רעדט שידוכים, מערסטנטייל, נאָר עלטערע לייט — פופציק־זעכציק־יעריקע, אויך דינסטן, משרתים און אָרעמע, קליינע באַלמעלאָכעס — ווען אויך יינגערע, און אין אַזאַ הויז, ווי משה מאַשבערס, ווען מע זאָל דאַרפן ניט פאַר אַזאַ, ווי פאַר אַן אַלטערן, וואָלט אַזאַ, ווי משולם, קיינמאָל קיין צוטריט ניט געפונען. אַהין, אין אַזוינע הייזער, איז, ווען מע האָט באַדאַרפט, האָבן זיך שוין געפונען גאָר אַנדערע, פיל מער אָנגעזעענע און באַוואוסטע שדכנים, ווי אַ נחום־לייב פּשאָטער, למשל, — אַ מענטש, וואָס ווייסט, פאַר אַלעמען, ווי אַזוי אין אַזוינע הייזער זיך צו האַלטן — מיט גרויס מאָס און טאַקט, ווייסט וואָס וועמען פאָרצולייגן, און שוין אַליין דערמיט רופט אַרויס דרך־ארץ און רעספּעקט צו זיך. משולם — ניט. משולם ווייסט איינס: אַ זכר און אַ נקבה. ס׳מאַכט ניט אויס, אַ יונגע מיט אַן אַלטן, אַן אַלטע מיט אַן אַלטן, אַבי ס׳איז דאָ וועמען צו פּאָרן, און אַזאַ, ווי ער, ווי געזאָגט, וואָלט קיינמאָל אין אַזאַ הויז, ווי משה מאַשבערס, ניט גערופן געוואָרן, און אַליין זיך אַפילו ניט איינגעשטעלט אַהין אַריין עפּעס פאָרצולייגן, ווען ניט אַזאַ פאַל, ווי דער — ווי אַלטער.

↤ 423

משה מאַשבער האָט צו אָט דעם אויסטערלישן שידוך־רעדן געוויס נישט באַדאַרפט קיין נחום־לייבן, גאָר דווקא טאַקע אַזאַ, ווי משולם, אַ צוגעשלאָגענעם, אַ לעפּישעוואַטן, וואָס פאַר אַזוינע, ווי פאַר דינסטן, קלעקט אים גענוג וואָס מע דאַרף, און וואָס געהער אַלטערן, האָט שוין משה מאַשבער אויף זיך אַליין גענומען דאָס דורכצופירן.

דער גאַנצער ענין איז דאָ געווען פּריקרע. און דערפאַר, אַז משולם האָט זיך באַוויזן אין שטוב, איז ניט נאָר ער אַליין איז דאָ ניט אַרויס מיט זיין ברייט־צעלייגעניש — מיטן אויסטאָן דאָס מיצל און דאָס אָפּטיילן פון דער יאַרמעלקע, מחמת כבוד פאַרן גביר, און מחמת אין אַזאַ שטוב האָט ער זיך נישט געפילט איבעריק היימיש, — נאָר משה מאַשבער און גיטעלע, וועלכע האָבן אים די ערשטע באַגעגנט, אים אין אַ באַזונדער אַלקער אָפּגערופן און דאָרט אים אויפגענומען, האָבן אים אויפגענומען אַזוי, אַז ער זאָל גלייך פאַרשטיין, אַז בכלל זאָל ער זיך דאָ ניט איבעריק צעלייגן, און אַז דאָ איז אים איבערגעגעבן נאָר אַ האַלבע זאַך — מיט כלהס־צד איבעצורעדן — און ווייטער איז שוין ניט זיין זאַך, ווייטער דאַרף ער זיך ניט מישן ,און דאָס איבעריקע וועט מען שוין אַליין און אָן אים דערליידיקן.

פאַר אַלטערן האָט מען אים אַפילו ניט געוואָלט באַווייזן, מע האָט געוואוסט, אַז דער ענין איז צו אַן איידעלער, און אַזאַ לעקישעוואַטער פּאַרשוין, ווי אַ משולם, קאָן דאָ נישט מיט קיין איידעלע שדכנים־פינגער אַן איידל געוועב אויפרייסן. מע האָט אים געשיקט גאָר צו דער כלה.

ס׳איז גרינג צו זאָגן „כלה”... ווי משה מאַשבער איז ניט געווען דערשלאָגן, ווי שטאַרק ער האָט ניט געברענט, אַזש אַ רויך און סמאַלענע האָבן פון אים ניט אַרויפגעוואַלגערט, איז אים דאָך נאָך גענוג געטריישאַפט געבליבן פאַר אַלטערן, ער זאָל אויך פאַר אים אין דער שטיל אָפט אַ זיפץ טאָן... אייגנטלעך, נישט אַזוי פאַר אַלטערן, ווי ווידעראַמאָל פאַר זיך, וואָס אויך דער ענין אַלטער און דער איצטיקער פאַרטראַכטער שידוך האָט דאָך ווידער צו אים און צו זיין לאַגע געהאַט אַ נאָענטע שייכות; וואָרעם אַן אַנדערשמאָל וואָלט אַפילו אַזאַ זאַך, ווי אַלטערן משדך צו זיין, אויך פון אים, פון משהן, אַנדערש אויסגעפירט געוואָרן, אַנדערש געוויס, ווי איצט, ווי פּשוט פאַר דעם ערשטן מיידל זיך אָנכאַפּן, פאַר אַן ערשטער דינסט, ובפרט פאַר אַזאַ, וואָס דינט טאַקע ביי אים אַליין, ביי משהן. אַן אַנדערשמאָל וואָלט מען אַפילו אַזאַ סאָרט שידוך געוויס אַנדערש, און פאַר לייטן לייטישער, אַרומגעשטעלט, און אי פאַר פרעמדע, אי פאַר אַלטערן אַליין דאָס פיינער אויסגעפּוצט. איצט איז דאָס געטאָן געוואָרן מיט אימפּעט און מיט אַזאַ ראַשיקער אייליקייט, וואָס משהן האָט דערביי ווי אָטעם אויסגעפעלט, און ער האָט דאָס געזען מאַכן אויפגיך, — ווי משונה ס׳זאָל זיך ניט באַקומען, ווי נישט כאַפּנדיק און ווי די אויגן ניט אויפרייסנדיק, אַבי נאָר ס׳זאָל אָפּגעטאָן ווערן.

↤ 424

דערצו האָט משהן, ווי געזאָגט, געצוואונגען דאָס ביסל אייליקע געדאַנקען׳, וואָס זיינען אים אויפגעקומען, דערהערנדיק די מעשה מיט אַלטערן; און דער עיקר, דאָס, וואָס, ערשטנס, אפשר איז דאָס אַ זיווג; און, צווייטנס — פאַר משהן אַזאַ סאָרט מצווה, וואָס מע דאַרף זיך מיט איר איילן, בפרט אין אַזאַ צייט, וואָס מע ווייסט ניט וועמעס מאָרגן ס׳איז, און צי מאָרגן וועט שוין דאָ בכלל עפּעס מעגלעך זיין.

אַ סברה אויך, אַז משה האָט דעמאָלט, אין דער צווישן־צייט פון פאַרטראַכטן ביז נעמען רעדן דעם שידוך מיט אַלטערן, מיט לוזין זיך צונויפגערעדט, זיך אויסגע׳עצהט, און אויך יענער האָט מיט משהס פאַרשלאָגן איינגעשטימט. אַזוי, אַז משולם דער שדכן איז שוין גערופן געוואָרן, און ווי קאַלט מע האָט אים אין אַלקער ביי משה מאַשבער ניט אויפגענומען און זיך אים ניט געלאָזט אויף אַ היימישן אופן צעגיין, דאָך איז אים מיט דער כלה איבערגעענטפערט געוואָרן, מיט דער דינסט, מיט גנעסיען, איבערצורעדן, און ער, משולם, איז גלייך טאַקע אין יענעם אָוונט, פון אַלקער אין עס־צימער און פון עס־צימער אין קיך אַריינגייענדיק, צום ענין צוגעטראָטן.

ווי אַזוי די זאַך איז פון אים געטאָן געוואָרן — איז אונדז ניט אינטערעסאַנט. נאַטירלעך, האָט ער פריער פאַרפירט אַ שטילן שמועס מיט דער עלטערער דינסט, צו וועלכער ער האָט מער לשון און נעענטערן צוגאַנג געהאַט, ווייל אַזוינע עלטערע זיינען אָפט זיינע קליענטן געווען, און זי, די עלטערע, האָט לכתחילה אַפילו געמיינט, אַז דאָס מיינט ער זי טאַקע — איר אַליין אַ שידוך צו רעדן. זי האָט דערצו, איילנדיק און ערגעץ אין אַ ווינקל אָפּגייענדיק, דאָס קאָפּטיכל איבערגעביטן און דאָס שבתדיקע אויף זיך אַרויפגעכאַפּט. און נאָך לאַנגן לייטישן ווישן זיך די ליפּ און שמועסן מיט שדכן, נאָך לאַנגע הקדמות משולמס און שדכנישע הין־און־הער, אַז זי האָט פאַרשטאַנען, וואוהין משולם צילט, און אַז ניט זי מיינט ער, נאָר גאָר גנעסיען, און ווען ער האָט איר אויך געזאָגט, מיט וועמען ער רעדט איר, אַזוי האָט זיך די עלטערע אויף אַ וויילע פאַרלאָרן, אָבער באַלד האָט זי זיך אַ כאַפּ געטאָן און אויסגעשריגן:

— וואָס רעדט איר, ר׳ משולם? טאַקע?

— אַ ווייטיק איז איר, — האָט זי, נאָך פון דעם ערשטן געשריי ניט אָפּגערוט, שוין דאָס צווייטע אַרויסגעלאָזט, — וואָס רעדט איר? ס׳איז דאָך מיר גאָר אין קאָפּ ניט איינגעפאַלן: אַזאַ זאַך! אַזאַ זאַך! דאָס קאָן דאָך טאַקע נאָר אַ שדכן!...

— וואָס זשע, ר׳ משולם, — האָט זי ווייטער אויסגעשריגן, — און דאָרט אין שטוב ווייסט מען שוין? מע האָט שוין דערפון גערעדט, און דאָרט באַשטייט מען?

— וואָס דען? אַניט וואָלט ער אַליין געקומען, ווען מע שיקט אים ניט? ער וואָלט דאָס אַליין אויסגעטראַכט? אַוודאי, ווייסט מען!

↤ 425

אַזוי, אַז משולם האָט אין קיך שוין אַ מיטווייסער און אַ העלפערין געהאַט. ס׳איז ניט באַוואוסט, צי האָט ער איר אויך עפּעס אַ שטיקל שדכנות צוגעזאָגט, דער עלטערער דינסט, צי זי האָט דאָס פרייוויליק אויף זיך גענומען, ווי אַלע עלטערע, וואָס ליבן די מלאכה פון פּאָרן און צונויפפירן, און טוען דאָס גערן, אַליין נאָר פון ליבע צו דער זאַך, אָן שום באַלוינט און באַצאָלט ווערן דערפאַר.

גנעסיע אַליין, בשעת מע האָט איר דאָס פאָרגעלייגט, האָט ניט געוואוסט, וואָס מיט זיך צו טאָן. זי האָט די גאַנצע צייט געהאַלטן אין איין פאַרשפּיליען דאָס קאָפטל, וואָס איז איר ענגלעך געווען, און וואָס האָט תמיד צוגעצויגן צו זיך די אויגן פון אַ קאַטערוכע דעם משרת און אַנדערע, וועמען ס׳האָט פיל פאַרשפּראָכן... זי האָט דעם קאָפּ אַראָפּ געהאַלטן און ניט געקוקט ניט אויף דעם שדכן, אויך ניט אַפילו אויף דער עלטערער דינסט, מיט וועלכער זי איז אַזוי געוואוינט — אַזאַ צייט אין איין קיך און ביי איין אַרבעט.

זי האָט זיך גאָר פּלוצים צעוויינט — אי פון אומגעריכטקייט, אי פון דער לעפּישקייט און אוממעגלעכקייט פון אַזוינס, וואָס ס׳האָט זיך איר אויסגעוויזן אי אַזוי געהויבן, אַזש דעם קאָפּ צו פאַררייסן, אי אין דער זעלבער צייט אַזוי אומגעלומפּערט און שפל; וואָס הייסט — ער, אַלטער, און זי, גנעסיע, גאָר חתן־כלה און מאַן־און־ווייב?... יענער, וואָס האָט דאָך ערשט אויפן אייבערשטיבל אַזוי משונה געשריגן, און זי — אַזאַ געזונטע, מיט אַזאַ פול קאָפטל, מיט קלייד פול מיט קלובעס, וואָס וואו אַ קאַטערוכע אָדער אַן אַנדערער טוט זיך ניט אַ ריר אָן איר, אַזוי זעט מען, אַז ער עקט זיך פון באַגער און פאַרגעניגן... און ווען, לאָמיר זאָגן, אַלטער שוין אַפילו געזונט, איז ווי קאָן זי זיך גאָר פאָרשטעלן און אויסמאָלן, ווי אַזוי זי, גנעסיע די מויד, וואָס האָט יאָרנלאַנג אין קיך אָפּגעדינט, וועט פּלוצים גאָר אַזוי דערהויבן ווערן ,זיך אָנצוקערן מיטאַמאָל אַזוינע נאָענטע אייגענע מיט די באַלעבאַטים: — דעם באַלעבאָס און דער באַלעבאָסטע כמעט אַ שנור, און אַלע איבעריקע אין שטוב — אַ זייער גלייכן, מיט וועלכן מע קאָן זיך שוין ניט שאַפן און מע דאַרף זי שוין אַליין באַדינען. — משונה... משונה...

זי האָט געוויינט פון אומגעריכטקייט, וואָס דאָס האָט זי צוערשט נאָר געמאַכט גלייבן, אַז מע שפּאַסט פון איר, און אויב ניט קיין שפּאַס ,איז ווי — האָט זי געוויינט — וועט זי זיך מיט אַזאַ, ווי אַלטער, גאָר קאָנען צונויפגיין; און אויב יאָ צונויפגיין — ווי וועט זי זיך האַלטן און ווי וועט אויף איר קוקן אַזאַ, למשל, ווי אַ קאַטערוכע, וואָס האָט זי נישט איין מאָל, זי טרעפנדיק אין אַ פינצטער פאָרהייזל, צו אַ וואַנט צוגעשטופּט און זיך געשפּילט מיט איר מעשה־יונג־און־מויד גאָר אויף אַ געוויסן אופן...

זי איז גערעכט געווען, גנעסיע, ווייל אַנדערש, ווי משונה, קאָן מען גאָר אַזוינס ניט אָנרופן, און אַנדערש ,ווי אין אַזאַ קאָפּ, אין אַזאַ צעדרייטן, ווי איצט ביי משה מאַשבער, האָט בשום־אופן אַזאַ פּלאַן טאַקע ניט געקאָנט אויפקומען ↰ 426 און געבוירן ווערן. אורטיילנדיק לויט אָט דעם פּלאַן, האָט מען געקאָנט קומען צום באַשלוס און גענייגט זיין אַפילו צו טראַכטן, אַז נישט אַנדערש, סיידן, אַז אין משה מאַשבער אַליין איז אויך ערגעץ אַ שטיק אַלטער, אַ שטיק משוגע פאַרשטעקט און באַהאַלטן געלעגן, וואָס אין גוטע צייטן האָט מען דאָס ניט אַרויסגעזען, און אַצינד, אין דער געענגטער, האָט זיך דאָס אים אַרויסבאַוויזן.

ווייל ווירקלעך: אַפילו משה מאַשבער אַליין האָט, אויסער ביי גיטעלען זיין ווייב און אויסער אפשר אויך ביי לוזין, ביי קיינעם אין שטוב קיין הסכמה אויף דעם ניט געקאָנט קריגן, און ער האָט זיך דערום וועגן דעם, אויסער מיט די צוויי אויבן דערמאָנטע, טאַקע מיט קיינעם ניט גע׳עצהט, ניט באַראַטן און קיינעם צו דעם ענין ניט צוגעצויגן.

און דער סוף איז געווען, אַז מיט כלהס־צד, מיט גנעסיען, איז מען אינגיכן אויסגעקומען. אַ טאָג איז אַוועק און נאָך איינער, און גנעסיע האָט זיך איבערגעוויינט און, סוף־כל־סוף, איינגעשטימט. דערצו האָט, נאַטירלעך, נישט וויפיל משולם דער שדכן געטאָן, ווייל ער גנעסיען — פרעמד, און אַזאַ, ווי ער, ווען ער קומט אַליין צו אַזאַ מויד מיט אַזאַ ענין, וואָלט ער לאַנג, מעגלעך, באַדאַרפט האָדעווען, און ס׳איז גאָר אַ ספק, צי זיין האָרעוואַניע וואָלט אים ווען־ס׳איז־ניט־איז געהאָלפן און דערפאָלג געהאַט. ניין, דערצו האָט דער עיקר געהאָלפן און צוגעאַרבעט די עלטערע דינסט, וועלכע איז מיט גנעסיען געווען אייגן אויף גענוג געטריישאַפט און לשון צו האָבן מיט איר איינצוטענהן, ווען זיי זיינען געבליבן אַליין, און אַמאָל אַפילו אויף איר אָנצושרייען; וואָס, מויד, דו ברעקלסט זיך נאָך! מיט וואָס נעמסטו זיך איבער? האָסט עפּעס מער פון אַנדערע מיידן? ס׳שטייט דיר ניט אָן? דערמאָן זיך, וואוהין דו קומסט דאָ אַריין, אין וואָס פאַר אַ שמאַלץ־גרוב! האָסט זיך דאָס געקאָנט אַמאָל פאָרשטעלן, אָדער אויסמאָלן? וויינסט? וואָס זשע, בעסער קאַטערוכע דער פירגילדנדיקער משרת, וואָס שטעקט דיר די הענט אין בוזעם אומזיסט און טויטשעט זיך מיט דיר אין די פאָרהייזלעך און ביי דער קרענעצע אין דער פינצטער... וואָס זשע, קאַטערוכע איז אַ שענערער תכלית?

אַן אַנדערשמאָל וואָלט די זעלבע עלטערע דינסט, מעגלעך, ווען מע פרעגט זי, גאָר אַנדערע ווערטער געהאַט, און אויך גאָר אַן אַנדער אָפּשאַצונג געפונען פאַר אַזאַ פאָרשלאָג, צו איינער אַ געזונטער, שיינער מויד פון איר דינסטן־פאַך, ווען מע וויל זי חתונה מאַכן און פאַרשלייערן פאַר אַ רייכן זקן אָדער אַזוי פאַר עפּעס אַ באַלעבאַטישן שלימזל. זי וואָלט שוין גראָד אַרויסגעפאָרן מיט אַן אַנדער מין לשון:

— טינופת? ביי זיי בלייב עס!... אַזאַ גאָלד — אין אַזאַ מיסטקאַסטן?... ניט דערלעבן!...

דאָס — אַן אַנדערשמאָל. איצט אָבער איז זי, מיר ווייסן ניט פאַרוואָס, עפּעס אין שדכנישן ראַש אַריין. און צי די מעשה איז איר טאַקע באמת געפעלן, ↰ 427 ד. ה. צי מחמת טאַקע אויפריכטיקער געטריישאַפט צו אַן איר גלייכן, אַ גנעסיען, וואָס זי האָט געמיינט איר טובה; צי אפשר האָט דאָ אויך אַ מין שטיק נקמה געשמעקט, צו זען, ווי יעדע דינסט ווינטשט זיך, די באַלעבאַטים געצוואונגען אָנקומען צו דער קיך און זיך אַראָפּלאָזן פון אַזאַ הייך צו אַ פּשוטער דינסט־מויד זיך צו בעטן. ווי די מעשה זאָל ניט זיין, נאָר די עלטערע האָט נאָך אַ קורצן און לאַנגן איינטענהן פריער אַליין מיט גנעסיען, דערנאָך צוזאַמען מיט משולם דעם שדכן, וואָס ער האָט זיך ניט געפוילט און די לעצטע טעג אָפטע וויזיטן אין קיך אָפּגעשטעקט, — נאָך קורצן און לאַנגן איינטענהן און וויינען, האָט מען לסוף ביי גנעסיען געפּועלט, זי האָט איינגעשטימט און דאָס וואָרט געגעבן.

פון דעמאָלט אָן האָט גנעסיע שוין יעדעס מאָל, ווען אַלטער האָט זיך פון אייבערשטיבל אַראָפּגעלאָזט און באַדאַרפט דורכגיין די קיך, זיך אין אַ זייט אָפּגערוקט, זיך גערויטלט און לייטיש זיך פאַרן קאָפטל אָדער פאַר די האָר געכאַפּט — דאָס קאָפטל צו פאַרשפּיליען און די האָר אין אָרדענונג צו ברענגען.

פון דעמאָלט אָן האָט זיך שוין גנעסיע געפילט, ווי מיט איין פוס פון קיך אין שטוב אַריבערגעשפּאַנט, ווי אי עפּעס אויס דינסט, אי נאָך ניט פון דער קיך אָפּגעריסן. כאָטש אין קיך איז זי שוין נישט געשלאָפן, כאָטש איר געלעגער האָט מען שוין אַוועקגעשטעלט אין אַ זייטיקן צימער, אָבער אַזוי ווי קיינער פון די אייגענע, אויסער גיטעלען, האָט נאָך פון דער ענדערונג נישט געוואוסט, מחמת קיינער האָט נישט באַמערקט אַפילו נישט דעם ערשטן וויזיט פון משולם דעם שדכן און נישט אויך די איבעריקע זיינע וויזיטן די לעצטע טעג, — האָט נאָך דערום גנעסיע, אַפילו שוין נאָך איר הסכמה־געבן, זיך נאָך מעשה־דינסט געפירט, ביז די זאַך וועט אינגאַנצן קלאָר ווערן... און דערווייל האָט זי זיך ביי אַלטערס פאַרבייגיין זיך נאָר גערויטלט, און אויף איר ניי געלעגער, וואָס איז איר נישט אין קיך געשטעלט, האָט זי זיך אַלעמאָל ערב־איינשלאָפן די לעצטע טעג צופיל געדרייט: אי פון נישט־געוואוינט זיין אַליין צום געלעגער, אי פון די נייע מחשבות, וואָס האָבן זי באַהערשט...

אַלנפאַלס איז מען מיט נגעסיען שוין געקומען צו אַ ברעג, און וואָס געהער אַלטערן, איז דאָס שוין נישט פאַר קיין שדכן־האַנט געווען, בכל־אופן נישט פאַר אַזאַ, ווי פאַר אַ משולמען, און דאָס האָט אויף זיך, ווי געזאָגט, גענומען אַליין משה מאַשבער, און דאָס האָט ער אין די נאָענטסטע טעג, אין איינעם אַן אָוונט, טאַקע אויסגעפירט.

* *
*

אין יענעם אָוונט האָט אַלטער, זיך געפינענדיק ביי זיך אין צימער, עפּעס שטאַרק אומרואיק אומגעשפּאַנט. עפּעס האָבן אים די בלוטן שטאַרק געקאָכט און אין קאָפּ אַרויפגעבלאָזן, די שלייפן זיינען אים געווען צו ענג זיי איינצוהאַלטן, ↰ 428 און דער קאָפּ האָט אים, ווי אונטער שטאַרקע רייפן, געטרישטשעט.

ער האָט זיך געפּרואווט, ווי זיין געוואוינשאַפט פאַר דער לעצטער צייט, אין אַ וואַנט מיטן רוקן אָנשפּאַרן און מיט געבויגענע קני זיך אויף דער ערד אַראָפּלאָזן. דאָס האָט אים אָבער ניט פאַרלייכטערט, נאָר, פאַרקערט, אים פון אָרט אויפגעריסן נאָך שטאַרקער און מיט מער אומרו, ווי איידער ער האָט זיך אויף די קני אַראָפּגעלאָזט.

ער האָט אויסגעזען, ווי אַ חיה אין אַ שטייג, ווען נאָך לאַנגן, אומרואיקן הין־און־הער זיך אומדרייען, לייגט זי זיך דערנאָך אַוועק אַן אויסגעשעפּטע און רו־גאַרנדיקע, אָבער באַלד טוט זי זיך ווידער ווי אַן אָפּגעבריטע און ווי פון עפּעס אַ ווילדער דערמאָנונג, פון אָרט אַ הייב, און נעמט נאָכאַמאָל, ווידער און נאָך מיט מער אימפּעט זיך אומדרייען.

עפּעס איז היינט מיט אַלטערן געשען: אָדער ס׳האָט אַן איבערבלייב פון אַמאָל אין אים געברויעט, פון דעמאָלט, ווען זיין געוויסע קרענק האָט אים אָפט געצוואונגען הויך אויף אַ קול אַרויס און זיין ווייטיק אויסצושרייען; אָדער אפשר איז דאָס פון זיין ניי־אים־צוגעקומענעם — פון דעם פאַלנדיקן, וואָס האָט פאַרקערט, ווי דאָקטוירים האָבן געזאָגט, אים אויסגעלייזט פון זיין קרענק, אָבער וואָס פון צייט צו צייט האָט דאָס אים געמוזט באַפאַלן און אים שלאָגנדיק טרעפן; אַזוי, אַז היינט איז ביי אים געווען ערב־פאַלדניקן, מעגלעך...

מע האָט געזען: ווי אַ שווערע, ביטערע לאַסט וואָלט אים באַלאַגערט, פון וועלכער ער קאָן ניט אָפּעטעמען, גלייך עמעצער וואָלט אים ביים גאָרגל געהאַלטן, און אַלטער האָט, כדי זיך אָפּבלאָזן, דעם קאָלנער פונעם העמד און אַלע פאַרשפּיליעטע קליידער אויפגעשפּיליעט, ווען מע וואָלט אויף אים דעמאָלט אַ קוק געטאָן, וואָלט מען געזען, אַז זיין בליק איז אים ווי פאַרלוירן, און מחמת זיין טיף־ברויענדיקן אומרו איז ער הוילער געהער, צוהערנדיק זיך צו זיך אַליין, ווי צו זיינע אייגענע אינגעוויידן, פון וועלכע ער וואַרט אויף אַ טרעפעניש, וואָס דאַרף זיך אים פון דאָרט אַרויסבאַווייזן אָדער באַלד, תיכף, אָדער אין אַ פּאָר שעה אַרום שפּעטער.

פון גרויס אומרו און נישט וויסן וואָס צו טאָן מיט זיך, האָט אַלטער זיך געוואָלט ווענדן צום פּאַפּיר און צו זיין אַמאָליקן בריוו־שרייבן, און אַזויערנאָך אויסצולאדן דאָס, וואָס האָט אַרויסגעשפּאַרט פון אים, ביז אים אויפצורייסן. ער האָט געטראַכט צו דערציילן פון דעם, וואָס ברויזט אין אים איבעריקס — פון יענע זיינע גלוסטונגען, וואָס געפינען אין אים קיין אויסגאַנג ניט, און וואָס ער גייט מיט זיי אַרום בייטאָג געשלאָסן, נישט האָבנדיק אַפילו אויף וועמען די אויגן אָנצושטעלן, און ביינאַכט דרייט ער זיך מיט זיי אַרום צווישן די דינסט־בעטלעך, וואו מער קיין הנאה, ווי נאָר אויף אַ לייכטן אָנרירן זיך אין דעם, וואָס אים איז ליב, קאָן ער גאָרניט האָפן, און וואָס אַפילו אָט דאָס פון אַ קינדערשער בעבעריי, ווי פון אַ מאירלען, אָדער אין דער פאָרם, ווי ↰ 429 לייכטע אָנרירן זיך איז אים אויך די לעצטע צייט גערויבט געוואָרן, מחמת איינס אַ בעטל, אַרום וועלכן ער פלעגט זיך די לעצטע צייט אַרומדרייען, האָט פּלוצים דאָרט גענומען אויספעלן — דאָס בעטל איז ניט געבליבן. דאָס איז איינס. דאָס צווייטע — די פאָרקומענישן אין שטוב, אַרום וועלכע ער גייט אַרום, ווי אַ בלינדער אַרום ווענט, און וואָס צו אים, אין זיין אייבערשטיבל, דערגרייכן זיי אַרויף איבערגעבראָכענע און שטיקלעך — אָדער אין דער פאָרם פון אַ קינדערשער בעבעריי, ווי פון אַ מאירלען, אָדער אן דער פאָרם, ווי גיטעלע האָט זיי אים אַרויפדערלאַנגט, נישט רעכענענדיק זיך מיט אים, ווי מיט אַ גולם: אָפּגעזאָגט און אַוועקגעגאַנגען, אים איבערלאָזנדיק אַן אומאָנטיילנעמענדיקן און ווי קיין מיינונג־נישט־האָבנדיק קינד.

— צרות, ווי ראָבן, האָבן אים אַרומגערינגלט, — האָט זיך אים געדאַכט, אַז ער דערציילט, אין זיין בריוו שרייבנדיק, — זיי דערקלייבן זיך צו זיינע אויגן, צו זיין לייב און נעמען אים פּיקן און פון אים שטיקלעך רייסן.

— וויי צו אים, — האָט ער אַ פאַרצווייפלטער אין דעם געדאַכטן בריוו אויסגעשריגן, — דאָס שטרויעלע, פאַר וועלכן ער האָט זיך אָנגעכאַפּט, זיך טרינקענדיק, און דורך וועלכן ס׳האָט אים געדאַכט, אַז ער האָט זיך צו אַ שטיקל ברעג צוגעשלאָגן, האָט אים אָפּגענאַרט: ס׳קיין שטרוי און קיין ברעג, און ער איז ווידער באָדנלאָז און פאַרלוירן. ער שטייט אינמיטן שטוב, און ס׳דאַכט אים, אַז ער זיצט גאָר; ער קוקט אויפן לאָמפּ און זעט נישט די שיין... און זיין אָפּגעזונדערטקייט און קרענק קומען אים ווידער אונטערן האַרצן, און ווי איינער, וואָס שטעקט אין זומפּ איבערן האַלד, האָט אויך ער שוין נישט מער, ווי נאָר די הענט אַרויף אויפצוהייבן און בעטן הילף ביים הימל, אָדער ביי וועמען־ניט־איז, ווער נאָר ס׳טוט די הענט פון זומפּ זיך אַרויסשטעקן דערזען. ער זינקט, ער פילט, אַז גאָר אינגיכן דאַרף מיט אים עפּעס טרעפן — אָדער היינט, אָדער מאָרגן, אָדער באַלד, אָדער שפּעטער — אַ זאַך, וואָס האָט אים שוין לאַנג געהאַט אָפּגעלאָזט, און וואָס קלייבט זיך, מעגלעך, אים ווידער אין אַ נייער, אין אַ נאָך מער פינצטערער און קעלערדיקער לאַגע אַריינוואַרפן.

— אוי לי ואוי לנפשי *) — האָט ער ווייטער אין געדאַכט שרייבן פאָרגעזעצט, — ס׳דאַכט אים די לעצטע צייט אָפט, אַז די גאַנצע שטוב איז פון עפּעס אַ וואָלקן אַרומגענומען, וועלכער דרינגט אַריין דורך אַלע טירן, פענצטער און שפּאַרונעס — צו אַלעמען אין שטוב אין האַרצן, און צו אים, צו אַלטערן, אין מוח, און דער וואָלקן ווערט אים וואָס אַמאָל געדיכטער, געדיכטער, וואָס אַמאָל פינצטערער און פינצטערער, און פון ערגעץ זעט ער שוין קיין שיין נישט, סיידן נאָר צוויי צאַנקענדיקע ליכט ווייזן זיך אים אַמאָל פונדערווייטנס. און דאָס זיינען זיינע ברידער, וועלכע זיינען אים נאָר דער איינציקער אָנהאַלט ↰ 430 געבליבן, און פאַר וועלכע ער וואָלט זיך נאָך געקאָנט, ווי אין אַ שטיק טרייסט, אָנכאַפּן — לוזי און משה, איז אָבער איינער, לוזי, ניטאָ, און אויך דער צווייטער, משה, גליטשט זיך אים אַרויס און דערווייטערט זיך אים וואָס אַמאָל מער.

*) וויי איז צו מיר און וויי איז צו מיין זעל.

ביי אַלטערן האָט זיך שוין דעמאָלט, שטייענדיק אינמיטן שטוב און אויסלייגנדיק זיינע קרענקלעכע געדאַנקען, שוין שטאַרק אין מוח געפּלאָנטערט. ער האָט טאַקע באמת קיין אָנהאַלט ניט געהאַט, און ס׳האָט אים געדאַכט, אַז צווישן הימל און ערד הענגט ער — מיטן קאָפּ אַראָפּ און מיט די פיס אַרויף, און די גאַנצע שטוב, און אַלע זאַכן פון שטוב האָבן אים אויסגעזען איבערגעקערטע: דער טיש מיטן לאָמפּ פון אויבן, און די סטעליע פון אונטן — און באַלד וואָלט זיך אים אויך זיין קאָפּ איבערגעקערט, און ער וואָלט אין אַן איבערגעקערטער שטוב מיטאַמאָל אַ פאַל געטאָן, וואו ס׳וואָלט זיך אים איצט ניט געמאַכט, צי אויפן פּאָל, צי אויף דער סעטליע, אַלצאיינס וואו געפאַלן...

יאָ. ס׳איז שוין ווייניק דערצו אָפּגעגאַנגען. נאָר אין דער מינוט, ווען דאָס האָט געזאָלט געשען, האָט זיך פּלוצים די טיר געעפנט, און אויף איר שוועל האָט זיך באַוויזן זיין ברודער משה.

אַלטערן האָט זיך לכתחילה געדאַכט, אַז ס׳איז אַן אויסווייזעניש, איינס פון די, וועלכע זיינען אים נאָר־וואָס אין זיין מוח דורכגעלאָפן. ער האָט זיך די אויגן אַ וויש געטאָן, כדי זיך איבערצייגן, צי זעט ער דאָס אויף דער וואָר. נאָר באַלד, ווי די ערשטע אומגעריכטקייט און איבערראַשונג איז אים אַריבער, און ער האָט פונעם ברודער דעם „גוטן־אָוונט” דערהערט, אַזוי האָט ער זיך פון טרוים און צעמישטקייט אומגעקערט, ער האָט אונטער די פיס עטוואָס מער באָדן געקראָגן, אין מוח מער קלאָרקייט, און ער האָט זיך פון זיין אָרט אַ כאַפּ געטאָן און דעם ברודער ווי אַנטקעגן געלאָפן.

משה מאַשבער האָט געזען, אַז ער האָט איצט אַלטערן געטראָפן אין גרויס פאַרלוירנקייט און אין אַזאַ שטאַנד, ווען יעדע אומגעריכטקייט ווירקט אויפן געטראָפענעם פּלעטנדיק. משה מאַשבער איז דערום, נישט באַלד אַרויס מיט זיין ענין, צוליב וועלכן ער האָט זיך אַריינגעשטעלט. ער האָט אַ וויילע, באַלד נאָכן צוזעצן זיך און פאַרנעמען פּלאַץ ביים טיש, וועגן עפּעס אַנדערש, וועגן זייטיקס מיט אַלטערן אַ שמועס פאַרפירט, און דערנאָך, אַז ער האָט אויף אַלטערן אַ געוויסע באַרואיקונג באַמערקט, אַז ער האָט באַמערקט, אַז יענער איז שוין פייאיק זיין געהער צו מער ערנסטערס צו נייגן, איז ער פּאַמעלעך־פּאַמעלעך שוין צו זיין אייגנטלעכן ענין צוגעטראָטן...

— ער ווייסט, אַלטער, צו וואָס ער, משה, איז צו אים איצט געקומען? ער איז מיט אים געקומען זיך דורכרעדן מכוח דעם, וואָס אַלטער, אויב ער געדענקט, האָט אים אַ שטיקל צייט דערפריער געבעטן דאָס אין זינען האָבן... ער, משה, האָט די גאַנצע צייט געטראַכט דערפון, אָבער אַזוי ווי ער איז איצט שטאַרק אין די געשעפטן פאַרדרייט און, ווי אַלטער ווייסט, איז מען אויך פול ↰ 431 מיט אַנגסט פון נחמהקעס קרענק, האָט ער דערום דאָס געמוזט אָפּלייגן אויף ביז איצט. און איצט איז אַזוי:

— ער האָט לאַנג געקלערט, משה, ער האָט זיך אָנגעפרעגט, און איצט האָט ער פאַר אים געפונען דאָס, וואָס ס׳דאַכט זיך, אים באַשערט.

פאַר משה מאַשבער איז, צוטרעטנדיק דעם ענין אויסצולייגן, אַ שווערע, זייער אַ שווערע אויפגאַבע געשטאַנען, נעמלעך: ווי אַזוי רעכט מאַכן פאַר אַלטערן, אים צו פאַרשטיין געבן און דערנעענטערן אים צום שכל, אַז דאָס, וואָס מע לייגט אים איצט פאָר, איז כאָטש אויפן ערשטן קוק נישט גלייך, נישט פאַר אים, און ווען יענער איז אין אַן אַנדער שטאַנד, וואָלט דאָס קיינמאָל קיינעם ניט געקומען אויפן זינען אים פאָרצולייגן: אָבער איצט, איז אין־ברירה, איצט איז קיין אַנדער אויסוועג נישט מעגלעך, און יענער, אַלטער, דאַרף מיט דעם שלום מאַכן, אַזוי ווי אַליין משה, אַזוי ווי אַלע פון די אייגענע, וועמען ער האָט דערציילט דערפון, זיינען דערויף איינגעגאַנגען און מיט דעם איינגעשטימט.

משה האָט געזאָגט:

— ס׳אַן אָרנטלעכע, יידישע טאָכטער. מ׳האָט זיך אויף איר נאָכגעפרעגט... אייגנטלעך, האָט מען זיך פאַרשפּאַרט נאָכפרעגן, ווייל מע קען זי. זי איז אַ שטוב־מענטש, כמעט אַן אייגענע, זי אַרבעט שוין זייט עטלעכע יאָרן ביי אונדז טאַקע.. אמת, ס׳איז אַ ביסל פונעם נידעריקן גראַד, אָבער אַלטער ווייסט דאָך און געדענקט, אַז נחות דרגא *) איז גאָרנישט אַזאַ פּסול, אַז פאַרקערט, אַז ס׳איז אַפילו אָנגעזאָגט און געבאָטן, מ׳זאָל זיך אַראָפּלאָזן ביי אַ ווייב נעמען צו אַ נחות דרגא.

— און דער עיקר, — האָט דאָ משה צוגעעגבן, — איז דאָך פאָרט, אַז דאָס קרן איז אַ קרן, דער מעטש — אַ מענטש, און אַז אַזאַ, ווי זי, אַז זי וועט אָנקומען אין אַזאַ שטוב, ווי זיינע, צווישן אַלע קינדער און אייגענע, וועט מען אַוודאי זען פון איר אַ לייט מאַכן... אייגנטלעך, פאַרשפּאָרט מען גאָר מאַכן. ווייל, לויט אַלע סימנים, איז זי אַזוי אויך זייער לייטיש.

— דערצו ווידער, — האָט משה ווייטער פאָרזיכטיק געזאָגט, — מוז ער אים, אַלטערן, זאָגן, אַז, ווי אַלטער אַליין ווייסט און פאַרשטייט, איז אַזאַ, ווי ער, נישט פאַר שדכנים און נישט פאַר קיינעם מיט וועמען מע וואָלט אים אַנדערש גערעדט, קיין איבעריקער געהויבענער צד נישט... ווייל ווי גרויס ס׳זאָל ניט זיין זיין יחוס, ווי פיין ער, אַלטער אַליין, זאָל נישט זיין, אָבער זיין קרענק איז דאָך אַלעמען באַוואוסט, און נישט יעדערער — סיידן נאָר פון אַן אָרעמען גראַד, וועט זיך דאָך אויף אַזאַ, ווי ער, נישט קוואַפּען און מיט אים זיין גורל נישט וועלן בינדן. אַזוי, אַז אויב ניט די, אויב ניט יענע, וואָס משה ↰ 432 לייגט אים דאָ איצט פאָר, וואָלט מען סיי־ווי, סוף־כל־סוף, געמוזט באַשטיין אויף אַן ענלעכער, ווי זי, ווייל קיין בעסערס וואָלט זיך ניט געפונען און אויף מער פּאַסיקערס זיינען ניט קיין אויסזיכטן ניטאָ.

*) אַ נידעריקער גראַד.

— און נאָך, — האָט דאָ משה צוגעגעבן און דערביי שוין אַ ביסל שטילער און ווי אַ סוד איינראַמענדיק, — זאָל ער וויסן, אַלטער, אַז ער, משה אַליין, איז איצט אַזוי געענגט און אַזוי געשעפטלעך אַראָפּגענידערט, אַז ווען אַפילו ס׳זאָל יאָ מעגלעך זיין אַ מער פּאַסיקס, און ווען דער צווייטער צד וואָלט געוואָלט, ווי ס׳טוט זיך אין אַזוינע פאַלן, זיך באַוואָרענען, ד. ה., אַז וויבאַלד יענער גייט פאַר דעם, וואָס ער וויל ניט איבעריקס, זאָל מען אים דערפאַר אַ גרויסן נדן און גרויס אויסשטייער סילוקן, — איז ווען דאָס זאָל אַפילו מעגלעך זיין, איז ער, משה, איצט ניט אימשטאַנד אויף אַזוינע פאָדערונגען איינצוגיין און אַזוינס אָנצונעמען; ווייל, ווי געזאָגט, איז ער איצט לחלוטין ניט ביכולת: ביי זיין בעסטן ווילן איז דאָס פאַר אים אויסגעשלאָסן, און ער האָפט נאָר, אַז שפּעטער, אַז גאָט וועט העלפן, אַז ער וועט זיך איבערדרייען, וועט ער ערשט דעמאָלט זען אים, אַלטערן, מיט זיין קומענדיקן ווייב באַוואָרענען... און ווייטער, — האָט ער געזאָגט, — איז מיט דער זאַך דאַרף מען ניט זאַמען, ווייל אים, משהן, איז גענוג דאָס, וואָס אַלטער אַליין האָט אים געזאָגט. היינט אויך דאָס, וואָס ער פאַרשטייט פון זיך. אַזוי, אַז מע דאַרף ניט אָפּלייגן, און מע מוז זיך וואָס גיכער באַשליסן, און ער האָפט, משה, אַז אויך אַלטער וועט זיין וואָרט און הסכמה געבן, וועט מען קאָנען גאָר אינגיכן די חתונה פּראַווען כהלכה *), ווי דער דין און מנהג פאָדערט, ווייל מיטן צווייטן צד, מיט איר, איז שוין אָפּגערעדט: זי איז באַשטאַנען און פון איר זייט איז קיין מניעה.

— אויך אַלע אייגענע, — האָט משה געזאָגט, — זיינען מסכים. ער האָט אויך מיט לוזין וועגן דעם גערעדט, און אויך אים איז דער געדאַנק געפעלן.

— לוזי?! — האָט אַלטער דאָס אַלץ אויסהערנדיק, נאָר ביים לעצטן משהס וואָרט זיך אָנגעכאַפּט און האַלב ווי אויסגעשריגן, האַלב גאָר פאַרוואונדערט אַ פרעג געטאָן.

— לוזי? — האָט אַלטער נאָכאַמאָל אַ פרעג געגעבן, גלייך ער האָט אין זיין נעפּל־פאַרמישטן און פינצטערן מוח אַ ווייט ליכטל דערזען, האָט זיך דערפאַר געדאַנקלעך פאַרהאַלטן, ווי וועלנדיק דאָס מיט דער האַנט דערלאַנגען.

*) ווי עס דאַרף צו זיין.

פון אַלע משהס רייד זיינען אים איצט קלאָר געוואָרן — ערשטנס, אַז מע רעדט אים דאָ אַ שידוך; צווייטנס, אַז מע רעדט אים מיט דער, וואָס איר נאָמען האָט מען דאָ ניט אָנגערופן, נאָר וואָס ער ווייסט אים גוט אַליין, מחמת אַרום איר האָט ער זיך דאָך אַזוי אָפט אין די ביינאַכטן אַרומגעדרייט; דריטנס, ↰ 433 אַז קיין אַנדערע אים רעדן איז מען איצט, סיי איבער אים אַליין, סיי איבער אַנדערע סיבות, ניט אומשטאַנד; פערטנס, אַז זי איז שוין באַשטאַנען, און אַז איצט פאָדערט זיך פון אים, אַז אויך ער זאָל זיין הסכמה געבן; און צום לעצטן: אַז אַלע ווייסן שוין דערפון און זיינען מסכים, אויך לוזי, וואָס, ווי ס׳ווייזט אויס, איז ער ערגעץ אין שטאָט דאָ אַ גאַסט, אָדער אַ תושב, און ער האָט ביז אַהער ניט געוואוסט דערפון; און אָט דאָס אַלץ האָט זיך אים איצט צוזאַמענגעמישט, און אויף דער פראַגע: צי איז ער יאָ, צי ניט מסכים אויף דעם, וואָס איז אים דאָ נאָר־וואָס אויסגעלייגט געוואָרן, האָט ער מער נישט אין דער ערשטער מינוט געהאַט צו זאָגן, ווי גאָר זיך צו פאַרוואונדערן און ביים ערשטן אומשולדיקן וואָרט זיך פאַרטשעפּען און דעם אַנטקעגן מיט אַ פראַגע אַרויסקומען:

— האַ, לוזי?!

משה האָט זיין שטאַנד פאַרשטאַנען. ער האָט זיין איצטיקע פאַרלוירנקייט און אָן־לשון פאַרטייטשט דערמיט, וואָס אַלטערן איז איצט אַזוינס פאַרגעבן געוואָרן, וואָס וועגן דעם צו רעדן איז שווער אַפילו פאַר אַ געזונטן, בפרט פאַר אַזאַ ווי אַלטער, ביי וועלכן מע דאַרף אַזוי גיך, אויף דער הייסער מינוט, ניט פאָדערן קיין ענטפער, און בעסער איז אים אַ קליין שטיקל צייט לאָזן צו רו, ער זאָל אַליין די לאַגע און דעם „פאַר” און „קעגן” אין רו באַטראַכטן. משה האָט דערום טאַקע אַזוי געטאָן.

— באַטראַכט זיך, אַלטער, — האָט ער געזאָגט, באַקלער זיך. ס׳האָט צייט און אין די נאָענטסטע טעג וועל איך צו דיר נאָך תשובה אַרויפקומען.

ווען משה וואָלט דעמאָלט אויף אַלטערן אַ מער פאַרשטייענדיקן און מער דורכדרינגלעכן בליק געטאָן, וואָלט ער, מעגלעך, אַזוי גיך פון זיין אָרט זיי ניט אויפגעהויבן, אַזוי גיך זיין צימער ניט געווען פאַרלאָזט, ווייל אַזאַ, ווי אַלטערן, אין אַזאַ שטאַנד, אין וועלכן ער האָט זיך איצט געפונען, איז קלאָר געווען צו זען, אַז ניט נאָר די נייס, וואָס מע האָט אים דאָ נאָר־וואָס אַרויסגעבראַכט, האָט אויף אים אַזוי צעדרייענדיק געווירקט, נאָר אַז די נייס איז שוין אויף אַ פריער צעדרייטן באָדן געפאַלן, אויף אַן אומרואיק־קרענלעכן, און געווירקט האָט זי, ווי פעטס אויף צעגליטן אייזן.

אַלטער האָט ניט באַוויזן מיט קיין איין וואָרט מכוח דעם עצם ענין אַרויסצוקומען, מחמת, ווי משה האָט ריכטיק פאַרשטאַנען, איז דער ענין ניט אַזאַ, וועגן וועלכן ס׳לאָזט זיך, גלייך נאָכן פאָרשלאָג אויף אים ענטפערן; און ווידער מחמת דעם, וואָס משה האָט שוין ניט פאַרשטאַנען — דערפאַר, וואָס אַלטער האָט אַזויפיל אין קאָפּ געהאַט נאָך איידער משה איז צו אים אַרויפגעקומען, ובפרט איצט, ווען ס׳איז אים איבערגעגעבן געוואָרן צו לייזן אַזאַ זאַך, צו וועלכער ס׳פאָדערט זיך באַזונדערס קלאָרקייט און גרויס ישוב־הדעת, וועלכע אַלטער האָט, אין איצטיקן מאָמענט, ניט געהאַט קיין סימן דערפון.

↤ 434

אין דער אמתן אָבער איז אַלטער שוין באַשטאַנען, אין דער אמתן האָט ער גאָרנישט געהאַט איבערצוקלערן, און זיין ענטפער איז שוין פון פאָרויס באַשטימט געווען — אויף יאָ און אויף הסכמה. ווייל דאָס האָט ער דאָך אַליין אויך געוואוסט, אַז קיין איבעריק געוואונטשענער פאַר שדכנים און פאַר אַ העכערן גראַד שידוכים, ווי דער, וואָס מע האָט אים דאָ נאָר־וואָס פאָרגעלייגט, איז ער ניט, און אַז ברעקלען זיך אין זיין שטאַנד איז ניט שייך; ווי אויך דאָס האָט ער געוואוסט, אַז ווען ער זאָל זיך יאָ ברעקלען, וואָלט אים איצט סיי־ווי ניט געהאָלפן, מחמת אַלע לאַגעס זיינען איצט קעגן — די שטוב־לאַגע, וועגן וועלכער ער האָט פריער דורך מאירלען, דערנאָך דורך גיטעלען, און איצט פון משהן אַליין זיך דערוואוסט, און ווי ער האָט פאַרשטאַנען, האָט דאָס, אָט די לאַגע, אַלעמען געצוואונגען די זאַך אָנצונעמען און אויף איר באַשטיין, אַפילו אַזאַ, ווי משה אַליין, וואָס אַן אַנדערשמאָל, אין אַנדערע צייטן, וואָלט ער אַליין פאַראינטערעסירט געווען דאָס ניט דערלאָזן צו שטאַנד קומען.

אַוודאי איז ער באַשטאַנען, אַלטער. און דאָ האָבן אים נאָך צו אַלע צעטומלונגען פון היינטיקן אָוונט, נאָך די געוויסע פאָרשטעלונגען אין קאָפּ אַ שלאָג געטאָן, יענע, וועלכע האָבן אים די לעצטע צייט געמאַכט ביינאַכט אין קיך אומוואַנדלען און זוכן דאָרט כאָטש אַ מינדסט פון דעם, וואָס ס׳וואָלט אים געקאָנט זיינע ליידנשאַפטן לעשן, אָבער וואָס אין דער אמתן האָבן זיי אים נאָך מער צעפלאַקערט.

משה איז אַרויס, און אַלטער האָט אַפילו זיין „גוטע־נאַכט” זאָגן ניט געהערט, ווייל אין די געבליטן האָבן אים שוין קלעזמער געשפּילט... און וויפיל אַזאַ, ווי אַלטער, אַזאַ אויסגעהונגערטער, האָט ביי דעם געדאַנק פון חתונה האָבן געקאָנט לאָזן זיין פאַנטאַזיע זיך צעשפּילן און זיך אויסמאָלן דאָס, וואָס אַזאַ הונגעריקער רייסט זיך צו דעם, ווי פון צוואַנגען — אַזויפיל האָט זיך אַלטער טאַקע געמאָלט און זיך פאָרגעשטעלט. און אַ האָר, און גאָר אַ קליין ביסל איז אָפּגעגאַנגען, אַז פון גרויס איבערראַשונג און איבערפלוס פון געבליטן זאָל ער באַלד ניט אַ סידור עפענען, ווי אין אַן ערב־שבת, און זיך פּלוצים אין אַ מיטוואָכנדיקן אויפדערנאַכט זיך נעמען זאָגן אַ מין לויב־געזאַנג, אַ מין געזאַנג פון אַלע געזאַנגען צו זיינע בלוטן, וואָס שפּאַרן פון אים און שטעלן אים פאַר אַ בעט שוין נישט אין קיך געבעט, אַרום וועלכן ער פאַרשפּאָרט זיך שוין צו גנבענען און זוכן בגנבה קליינע, פאַרבאָטענע פאַרגעניגנס, גאָר שוין אַ בעט, ווי ביי דעם מלך שלמה, ביי דעם געליבטן פונעם געזאַנג פון אַלע געזאַנגען, אויף וועלכן זיין געליבטע וואַרט אויף אים אויף צו ליפּן אים אַן אויסגעטאָן־גרייטע...

און דאָ האָט זיך אַלטערן שוין גאָר דער קאָפּ פאַרדרייט. ער ווייסט ניט, צי דער לאָמפּ האָט זיך אים מיטאַמאָל אויסגעלאָשן ,צי, פאַרקערט, ער האָט זיך אים מיטאַמאָל משונה צעפלאַקערט, און דאַכט זיך, די גאַנצע שטוב אַרום ↰ 435 האָט פון אים גענומען ברענען. ער ווייסט ניט, צי ער איז געבליבן אויפן אָרט, וואו דער ברודער האָט אים, בעתן אַוועקגיין, איבערגעלאָזט — אַ שטייענדיקן, אָדער אַ זיצנדיקן — צי ער האָט זיך פון זיין אָרט גערירט און ער האָט גאָר אין שטוב אינדערלופטן גענומען אומפליען און די שטוב איז אים געווען ענג, די ווענט האָבן זיך צענומען, און ער איז אַ פליענדיקער אין דרויסן אַרויס אויף זיך אָפּקילן און אונטער די וואָלקנס הויך צו שוועבן. ער ווייסט ניט... ער ווייסט נאָר, אַז נאָך עפּעס, דאַכט זיך, ווילדער מוזיק, וואָס האָט אים מיטאַמאָל, ווי פון טויזנטער כלים אין קאָפּ און אין מוח אַ ריפּע געטאָן און וואָס צוזאַמען דערמיט איז אים עפּעס מיטאַמאָל אי שטאַרק ליכטיק, אי שטאַרק פינצטער געוואָרן, — האָט ער, דאַכט זיך, אויף דער ערד, ווי פון אַ שטאַרק הויך אָרט אַ פּראַל געטאָן און ווי געליימט און געבונדן אַ שטיק צייט, ווי אַ גולם, ליגן געבליבן.

די עלטערע דינסט אין קיך מעג שווערן, אַז יענעם אויפדערנאַכט האָט זי, פאַרן שלאָפן, איבערן קאָפּ ביי זיך אין אַלטערס אייבערשטיבל עפּעס אַלטערן זיך צופיל און צו האַסטיק דרייען געהערט... זי האָט דאָס פאַר קיינעם ניט געהאַט צו זאָגן, ווייל די יינגערע, גנעסיע, איז, ווי באַוואוסט, די לעצטע טעג שוין נישט מער מיט איר אין קיך, נאָר ערגעץ אין אַן אַנדער צימער געשלאָפן. האָט זי זיך אַליין צוגעהערט און דערנאָך האָט זי מיטאַמאָל איבער איר קאָפּ, אין דער סטעליע, וואָס איז אַלטערס פּאָל געווען, אַ שטאַרקן קלאַפּ געהערט, ווי ווען מע וואַרפט עפּעס אום אַ שווערע זאַך — אַ טיש צי אַ באַנק — זי האָט אַליין ניט געוואוסט וואָס. און אַזוי ווי נאָכן פאַל איז באַלד שוין דאָרט אויבן שטאַרק שטיל געוואָרן, איז זי דערום גלייך איינגעשלאָפן, אַ נישט וויסנדיקע.

דאָס איז געווען דער צווייטער פאַל אַלטערס נאָך יענעם ערשטן, וואָס ס׳האָט מיט אים ביי זיין ברודער משה אין עס־שטוב פאַר אַלעמען אין די אויגן געטראָפן. דאָס מאָל איז דאָס געשען אָן עדות און אָן קיינעם, און אַזוי ווי ער איז איצט אַליין אַנידערגעפאַלן, אַזוי אַליין האָט ער זיך דערנאָך אויפגעהויבן, אויפגעשטעלט, אויסערלעך מיט קיינע סמנים ניט פונעם פאַל, אָבער אינערלעך שטאַרק מיד און ווי אַלע ביינער וואָלטן אים געווען צעקלאַפּט און איבערגעבראָכן.

סוף

↤ 436

ווערטער־פאַרטייטשונגען

זייט

23 טיליגעס — וועגענער
24 תק׳ער — 500 רובל
פּאָזיט — פּאַפּירן געלט
47 מפשיטים — פעל־שינדער
נושאי־מיטהניקעס — וואָס טראָגן דעם אָרון מיט אַ טויטן
53 הנהגה — פירעכץ
54 מטרוניתאָ — האַרנטע
55 ירגזון — כעס, צאָרן
הורג־נפש — אַ מערדער
פּטירה — טויט פון אַ צדיק
מגע־משא — געשעפטן, באַציאונגען
57 אלכסון — אין דער קרום
58 אוהל — אַ געצעלט, אַ מויערל פון אַ צדיק אויף אַ בית־עולם
60 נכנעדיק — אונטערטעניק
61 משגיח — אויפזעער
62 עובדה — אַרבעט, אויפגאַבע
64 בראש — אין דער שפּיץ
65 קניה — איינקויף
יושב — אַ שטענדיקער זיצער ביי אַ רבין.
68 מקורב — אַן אָנהענגער, אַ נאָכפאָלגער
הדרת־פּנים — אַ שיין אַ אויסזען
69 רחמנא ליצלן — גאָט זאָל אָפּהיטן
76 שינוי־טאָג — אַן ענדערונג אין טאָג
בגדים — קליידער, תכריכים
77 תרעומות — טענות
80 מסופּקע — נישט זיכערע
81 מקבלים — אָרעמע לייט, וואָס זאַמלען געלט
89 לא עלתה על דעתו — נישט אַרויף אויפן זינען

↤ 437

90 עובר־בטלש — גאָרנישט טוענדיק
מבולבל — צעמישט
91 שעת־הכושר — די פּאַסיקע צייט
92 עברינים — פאַרשייטע, הפקר־מענטשן
93 שטחן — פּלעצער, ערטער
94 לכן — דעריבער
ראיות — באַווייזן
סימן בנין — אַ צייכן פון אַ געביידע
95 אב־חודשדיקע — פון חודש אב, אינמיטן זומער
103 תם — אַ נאַאיווער
געפּדיונט — געגעבן פּדיונות, אויסלייז־געלט
105 קדמון — אַמאָליק, פאַרצייטיק
111 נשאר — איבערבלייבעכץ
113 בני־בית — שטוב־מענטשן
116 פּגם — אַ פעלער
117 מבלבל — צעטומלען, צעמישן
נטיה — נייגונג
124 כיתות — גרופּעס, סעקטעס
127 תוך ענינים — וויכטיקע פראַגן
אומאַן — אַ שטאָט אין קיעווער געגנט, וואו ר׳ נחמן בראַסלאַווער ליגט באַהאַלטן
130 ראַווין (רוסיש) — רב
131 ראיה — דאָס זעען
132 הלבשה — קליידונג, אָנטועכץ
154 גדר — צוים, גרענעץ
155 ניחא — ליב, צופרידן
158 בעלנים — גרייט צו
176 נוגע — שייך, אָנגעהעריק
177 לאחדים — איינצל
181 בעד עגלה להמשרת — פאַרן פורל דעם משרת
184 אַ כל־בו — אַלץ אין דער קאָרט, אַן אויסוואורף

↤ 438

187 טהרה — רייניקן, וואַשן אַ מת
190 קיצבה — שטיצע
נוהג — זיך פירן
191 העזה — דרייסטקייט, חוצפּה
192 צעכעסט — אַריין אין כעס
200 אופּאָרען — פאַרטיק ווערן
203 יקרן — אַ טייערער
209 יורד — געפאַלענער, פאַראָרעמטער
מראה — אויסזען
קדמונים — פון פאַרצייטן
210 משופּע — שאַרף־קרום, שאַרף־אַראָפּ
213 חולשה — אַ שוואַכקייט
215 נישט כשורה — נישט גלאַטיק, נישט פּשוט
217 געישובט — געטראַכט, זיך איבערגעלייגט
219 בטוחות — זיכערקייט, גאַראַנטיע
נבזהדיק — מיאוס, עקלדיק
220 משא־ומתן — האַנדל, מסחר
עסקא — פּראָצענט
221 ערבות — גאַראַנטיע
224 אויף עולמות — אויף רעליגיעזע צוועקן
פּני — אָנעזעענע לייט, רעדל־פירער
226 מעביר נחלה זיין — אָפּזאָגן אַ קינד פון ירושה
229 פּסול — חסרון
פּסלנות — פאַרברעכן, עוולה
231 מגע־משא — באַריר, באַציאונג
235 פּוגע בכבוד זיין — פאַרשעמען
245 מוסיף זיין — צוגעבן, העכערן דעם פּרייז
251 ניט בנמצא — נישט צום קריגן
255 ספק רוס — אין צווייפל צי ער איז אַ רוס
256 לפּנים — פון יוצא זיין
259 זקניש — אַלט, פאַרעלטערט

↤ 439

270 מרידה — בונט, אויפשטאַנד
בתוכם — אין דער צאָל
טובת הנאה — פאַר אייגענע נוצן
272 זמנים — טערמינען
274 בן אדם — אַ מענטש
293 ירדן — אַ טייך אין ארץ־ישראל
294 ערב גוסס — האַלט ביי גסיסה
303 לאחדימדיקע — אויף איינצל־פאַרקויף
שיירות — גרופּעס
338 ביכולת — אימשטאַנד
340 נוטה — גענויגט
357 בעל־דברן — אַ רעדנער
360 שפל־המדרגה — אַ נידעריקער צושטאַנד
371 בתי אסתר — מיין טעכטער אסתר
373 הכנעה — אונטערטעניקייט, דערנידערונג
אַרויסגעמשלחט — אַרויסגעשיקט
374 מעיז זיין — רעדן אַנטקעגן
386 שפלן — אַ דערשלאָגענעם, זערנידעריקטן
פּחדים — שרעק
ניחאער — ליבער, בעסער
389 אין־ברירה — קיין אַנדער אויסוועג
397 מקום מקלט — אַן אָרט צום אַנטרינען, אַנטלויפן
401 על כל פּנים — אין יעדן פאַל
מזכיר — דערמאָנען
402 מיושבער — באַטראַכטער, באַזאַכטער
הסברה — אויפקלערונג, געבן צו פאַרשטיין
409 דרכים — וועגן, שמועסן
417 רגילות — געוואוינהייט
420 אומנחתדיקן — אָן נחת, אָן פאַרגעניגן
421 גזר — אורטייל
432 סילוקן — צאָלן, דעקן

↤ 440


אינהאַלט
  זייט
דער נסתר — אָפּהאַנדלונג פון נחמן מייזיל 5
פאָרוואָרט צום בוך — דער נסתר 21
קאַפּיטל 1.   די שטאָט N 23
2.   משפּחה־כראָניק 51
3.   לוזי ביי די זייניקע 98
4.   סרולי גאָל 136
5.   דער קריג צווישן די ברידער 151
6.   ווידער סרולי 198
7.   אויף „פּרעטשיסטער יאַריד” 235
8.   צוויי אויסערן יאַריד 278
9.   אַ קליין ביסל שטייגער 303
10. כמאַרעס 312
11. ערב קראַך 347
12. אַלטער. דריי באַזוכן ביי אַלטערן 394
ווערטער־פאַרטייטשונגען 436



קאָטעגאָריע:דער נסתר