די יידישע אגדות/באַנד 4/מאָדערנער אויסלייג
די יידישע אגדות | |
מחברים: | |
---|---|
אויסגאַבע: | בערלין, 1921 |
פאַרלאַג: | מוריה |
סקאַנירטע ווערסיע אין Internet Archive: | diyudisheagodefo03bialuoft |
די צאָל זייטן: | 132 |
אינהאַלט: | זע אונטן |
אַלע בענד: | |
און שפּריכווערטער.
- „איך זינג צו גאָט,
- ווייל ער איז גרויס איבער גרויס” —
מיט די ווערטער הייבט זיך אָן די שירה וואָס יידן האָבן געזונגען בשעתן איבערגיין דעם ים סוף. דאָס הייסט — האָט ריש לקיש געזאָגט — אַ לויב־געזאַנג צו דעם וואָס איז גרויס איבער אַלע גרעסטע. דער קיניג איבער חיות איז דער לייב; איבער בהמות — דער אָקס; איבער עופות — דער אָדלער; און איבער זיי איז דער מענטש. גאָט ברוך הוא אָבער איז איבער זיי אַלע און איבער דער גאַנצער וועלט.
און דאָס האָט זיך דעם נביא יחזקאל פאָרגעשטעלט אין זיין זעאונג: דער כסא הכבוד (גאָטס שטול) מיט די בילדער פון די פיר וועלט־קיניגן — לייב, אָקס, אָדלער און מענטש — אין אירע פיר זייטן און דער קיניג איבער אַלע קיניגן, גאָט ברוך הוא, אויף דער שטול, איבער זיי אַלע.
„הער, ישראל, דער אייביקער, אונדזער גאָט, דער אייביקער — איז איינער” — קינדער מיינע — זאָגט גאָט ברוך הוא צו די יידן — קוקט זיך איין, אַלעס וואָס איך האָב אויף דער וועלט באַשאַפן זענען פּאָרווייז: הימל ↰ 4 און ערד — אַ פּאָר, זון און לבנה — אַ פּאָר, אדם און חוה אַ פּאָר, די וועלט און יענע וועלט — אַ פּאָר. מיין ערע אָבער איז איין־און־איינציקע אויף דער וועלט.
ר׳ חנינא האָט געזאָגט: גאָטס חותם (זיגל) איז אמת.
ר׳ יצחק האָט געזאָגט: נישט געוואוסט האָט מען צי אין גאָט ברוך הוא איז די וואוינונג פון דער וועלט, צי פאַרקערט, אין דער וועלט איז די וואוינונג פון גאָט ברוך הוא. ביז ס׳איז אונדז ערקלערט געוואָרן אין משה׳ס תפילה אין תהלים: „גאָט — ווערט דאָרט געזאָגט — אַ וואוינונג ביסטו געווען פאַר אונדז”.
און אָט דערפאַר — האָט מען געזאָגט אין ר׳ אמי׳ס נאָמען — ווערט גאָט אָנגערופן אויך „מקום” (אָרט), ווייל ער איז דאָס אָרט פון דער וועלט, און ניט די וועלט איז זיין אָרט.
נישטאָ קיין אָרט אין דער וועלט וואָס זאָל ניט זיין ליידיק פון דער שכינה.
גאָט איז די נשמה פון דער וועלט; ווי דער מענטש ווייסט ניט וואו דאָס אָרט איז פון זיין נשמה, אַזוי אויך ווייסט ניט קיין באַשעפעניש אויף דער וועלט וואו גאָטס אָרט איז. אַפילו די חיות־הקודש, וואָס טראָגן אויף זיך דעם כסא הכבוד, ווייסן עס נישט. און דערפאַר זאָגן זיי אין זייער לויב: „געלויבט זאָל זיין גאָטס ערע פון זיין אָרט”; ד.ה. וואו ער זאָל ניט זיין.
רבן גמליאל׳ן האָט איינער אַ געצנדינער געפרעגט:
— אין וואָסער אַן אָרט געפינט זיך גאָט?
— איך ווייס ניט — האָט ער אים געענטפערט.
— און דאָס איז אייער חכמה? דריי מאָל אין טאָג בעט איר פאַר אים און קיינער פון אייך ווייסט ניט וואו זיין אָרט!
— דו פרעגסט מיך — זאָגט אים רבן גמליאל — אויף אַזאַ זאַך וואָס איז ווייט פון מיר אַ מהלך פון טויזנטער יאָר, 1) אַ מער וועל איך דיך פרעגן אויף אַ זאַך וואָס געפינט זיך אין דיר זעלבסט טאָג ווי נאַכט און, אדרבא, זאָג דו מיר, וואו איז דאָס אָרט דערפון?
— פרעג — זאָגט ער אים.
— זאָג מיר, וואו געפינט זיך אין דיר די נשמה דיינע?
— איך ווייס ניט — ענטפערט יענער.
— צו אַלדע שוואַרצע יאָר! זאָג אַליין: אַזוינס וואָס געפינט זיך ביי דיר טאָג ווי נאַכט, ווייסטו ניט וואו עס שטעקט? און דו פרעגסט מיך אויף אַ זאַך וואָס איז ווייט פון מיר אַ מהלך פון טויזנטער יאָר.
— יאָ, אָבער מיר טוען דאָך גלייך דערמיט וואָס מיר בוקן זיך צו אונדזערע אייגענע ווערק: ווען מיר ווילן קענען מיר זיי זען.
— אמת — זאָגט רבן גמליאל — אייערע אייגענע ווערק — איר זעט זיי, זיי אייך אָבער ניט; ביי אונדזער גאָט איז פאַרקערט: ער זיינע ווערק זעט, די ווערק אים — ניט, ווי אין אונדזער תורה ווערט געזאָגט: „עס קען מיך דער מענטש ניט זען און לעבן בלייבן”.
דער רוימישער קיסר האָט אַמאָל אַ פרעג געטאָן רבן גמליאל׳ן:
— איר זאָגט, אַז וואו צען אינאיינעם דאָרט איז גאָטס שכינה: וויפיל שכינות איז פאַראַן?
רופט צו רבן גמליאל דעם באַדינער זיינעם און דערלאַנגט אים אַ קלאַפּ אין האַלדז־און־נאַקן.
— פאַר וואָס? — שטוינט דער באַדינער.
— צו וואָס האָסטו אַריינגעלאָזט אַהער אין שטוב די הייסע זון? — בייזערט זיך אָן אויף אים רבן גמליאל.
— וואָס רעדסטו? — מישט זיך אַריין דער קיסר — ווער האָט זי אַריינגעלאָזט? די זון רוט דאָך אומעטום!
1) לויט די פאָרשטעלונג פונעם געצנדינער איבער דער גאָטהייט.
אַזוי? — מאַכט רבן גמליאל — איצט זאָג דו אַליין: די זון אַפילו, וואָס איז דאָך ניט מער ווי איינע פון די מילי־מיליאָנען באַדינער פון גאָט ברוך הוא, רוט אויך אין איין צייט אויף גאָר דער וועלט; וואָס איז שוין דער חידוש אויף גאָטס שכינה!
אַ מאַטראָנע האָט אַמאָל געזאָגט ר׳ יוסי׳ן:
— מיין גאָט איז גרעסער פון דיינעם?
— פון וואָס איז עס געדרונגען? — פרעגט ער.
— אַז דער גאָט אייער האָט זיך באַוויזן משהן אינעם דאָרנבוים, האָט משה דעמאָלט פאַרבאָרגן זיין פּנים; ווען ער האָט אָבער דערזען מיין גאָט, דעם שלאַנג 1), האָט ער זיך דערשראָקן; און באַלד אַנטלאָפן.
— קלוג אויסגעדרונגען — זאָגט ר׳ יוסי — פאַר אונדזער גאָט האָט משה ניט געהאַט וואוהין צו לויפן. וואוהין, אַ שטייגער, זאָל ער געווען אַנטלויפן? אויפן הימל אַרויף? אין טיפן ים? אויף דער ווייטער יבשה? אַז מיט אונדזער גאָט איז פול די גאַנצע וועלט, דער הימל און די ערד. פאַר דיין גאָט אָבער, פאַרן שלאַנג, וויבאַלד אַ מענטש אַנטלויפט פון אים אַ צוויי־דריי טריט איז ער שוין גערעטעט.
ר׳ חנינא בן אסי זאָגט: אַמאָל קען די גאָרע וועלט צו קליין זיין פאַר דער געטלעכער ערע, און אַמאָל רעדט די גאָטהייט מיטן מענטשן פון זיין קאָפּ־האָר אַרויס.
אַ מין 2) האָט געפרעגט ביי ר׳ מאיר׳ן:
— דער וואָס איבער אים ווערט געזאָגט, אַז ער איז פול הימל און ערד, ווי איז מעגלעך, אַז ער זאָל רעדן מיט משהן פונעם ארון אַרויס, פון צווישן די צוויי שטאַנגען?
1) דראַקאָן, איינע פון די געצנבילדער אין יענער צייט. 2) אַ כופר, איין אפּיקורס.
זאָגט אים ר׳ מאיר: ברענג מיר אַ פאַרגרעסער שפּיגל.
האָט ער געבראַכט.
— איצט קוק אָן אין אים דיין אָפּשיין.
זעט ער זיך דאָרט פיל פאַרגרעסערט.
— איצט ברענג אַ פאַרקלענער שפּיגל און קוק זיך דאָרט אָן.
טוט ער אַזוי און דערזעט זיך דאָרט פיל פאַרקלענערט.
— היינט זע — זאָגט אים ר׳ מאיר — דו, אַ מענטש, אַ איינפאַכער בשר ודם, קענסטו זיך ענדערן, ווערן קלענער און גרעסער, ווי דו ווילסט? בפרט דער וואָס האָט מיט זיין וואָרט די וועלט געשאַפן, זאָל זאָל ער דאָס ניט קענען? וויל ער — איז ער פול הימל און ערד, וויל ער — רעדט ער פון די צוויי ארון־שטאַנגען אַרויס.
אַז די ליבע אונדזערע איז געווען שטאַרק זענען מיר געלעגן צוזאַמען אויף אַ שאַרף פון אַ שווערד, איצט אַז די ליבע איז אָפּגעשוואַכט קלעקט אונדז ניט קיין בעט, זעכציק איילן די גרויס. דאָס פאָלק אין זיין יוגנט ווען עס איז ענג פאַרבינדן מיט זיין גאָט און שטאַרק אָנגעקלעבט אין אים, דעמאָלט איז פאַר זיי צוזאַמען גענוג דאָס קלענסטע שטיקל פּלאַץ: ער איז מיט אים צוזאַמען אין זיין הייזל — אונטער זיין בוים, נעבן זיין ברונעם. וואָס ווייטער אָבער, ווערט עס ווייניקער היימיש מיט זיין גאָט, ער ווערט ביי אים אַלץ העכער און ברייטער, און דעמאָלט קלעקט שוין פאַר אים ניט די גאָרע וועלט. אַמאָל אין דער מדבר, ווען דאָס יידישע פאָלק איז נאָך יונג געווען, ערשט מיט זיין גאָט זיך באַהעפט, איז ער זיך מיט אים צוזאַמענגעקומען און געשמועסט מיט אים פונעם ענגן צען־איילנדיקן ארון־דעק אַרויס; מיט אַ צייט שפּעטער, אַז דאָס פאָלק איז אויסגעוואַקסן, האָט זיין קיניג שלמה פאַר גאָט אַ גרייס הויז געבויט, זעכציק איילן די לענג, צוואַנציק די ברייט און דרייסיק די הויך, און גאָר שפּעטער זאָגט שוין דער נביא ישעיה אין נאָמען פון גאָט אָט די ווערטער:
- „דער הימל איז מיין שטול
- און די ערד מיין פוס־בענקעלע,
- היינט וואָס פאַר אַ הויז זאָלט איר מיר בויען
- און וואו קען זיין אַ פּלאַץ פאַר מיין רו?”
דער רוימישער קיסר האָט אַמאָל געזאָגט ר׳ יהושע בן חנניא׳ן:
— איך וואָלט גערן געווען אָנקוקן מיט די אויגן אייער גאָט.
— דאָס איז אַ אוממעגלעכע זאַך — ענטפערט ער אים.
— דאָך וויל איך אים זען — שפּאַרט זיך דער קיסר איין.
נעמט אים אָן ר׳ יהושע בן חנניא, פירט אים אין דרויסן אַרויס, שטעלט אים אַוועק פּונקט אַקעגן דער תמוזדיקער זון און זאָגט אים:
— נעם קוק זיך אין איר איין.
— איך קען ניט — זאָגט ער.
— אַזוי? — זאָגט אים ר׳ יהושע בן חנניא — די זון, וואָס איז ניט מער ווי איינער פון גאָטס באַדינער איז אוממעגלעך פאַר דיר זי אָנצוקוקן, בפרט די שכינה אַליין.
אַ אַנדערס מאָל האָט דער זעלבער קיניג געזאָגט ר׳ יהושע בן חנניא׳ן:
— איך וואָלט גערן געווען צוגרייטן אַ מאָלצייט פאַר אייער גאָט.
— דאָס איז אַ אוממעגלעכע זאַך — ענטפערט ער אים.
— פאַר וואָס? פרעגט דער קיסר.
— צו אַ גרויסע גוואַרדיע קומט מיט אים.
— דאָך — שפּאַרט זיך איין דער קיסר.
— אויב דו ווילסט פאָרט — זאָגט אים ר׳ יהושע — גיי גרייט צו אַ מאָלצייט ביים טייך רבותא, וואו דאָס פּלאַץ איז דאָרט זייער גרויס.
האָט זיך דער קיסר אָפּגעגעבן די גאַנצע זעקס זומערדיקע חדשים מיט צו גרייטן דעם מאָלצייט — איז געקומען דער האַרבסט־ווינט און האָט אַלעס אויסגעקערט און פאַרטראָגן אין טייך אַריין. באַמיט ער זיך ווידער די זעקס ווינטערדיקע חדשים און גרייט צו אַ אַנדער מאָלצייט — קומען די פרי־יאָר־רעגנס און שווענקען אָפּ אַלעס אין טייך אַריין.
— וואָס זאָל עס באַטייטן! — פרעגט דער קיסר ר׳ יהושע׳ן.
— דאָס זענען נאָר דערווייל די אויסקערער און באַשפּריצער זיינע, וואָס גיין אים פאָראויס.
— אויב אַזוי — זאָגט דער קיסר — איז עס ווירקלעך פאַר מיר אוממעגלעך.
ווען יידן וועלן מיך פרעגן: ווי איז זיין (גאָטס) נאָמען, וואָס זאָל איך זיי זאָגן? — האָט משה געפרעגט ביי גאָט, געגאַרט אין דער זעלבער צייט צו דערגיין דעם סוד פון גאָטס נאָמען.
דערויף האָט אים גאָט געענטפערט: „אהיה אשר אהיה” — איך בין דאָס וואָס איך בין. מיין נאָמען ווילסטו וויסן? — טייטשט עס אויס ר׳ אבא בר ממל — לויט מיינע מעשים לאָז איך מיך רופן. אַמאָל „אל שדי”, אַמאָל „צבאות”, „אלהים”, יהוה: אַלס שטרענגער ריכטער פון דער וועלט רופט מען מיך „אלהים” (שטרענגער ריכטער); אַלס קריגפירער און אומברענגער פון די רשעים הייס איך „צבאות” (קריגפירער); אַלס לאַנגמוטיקער, וואָס דולדעט די מענטשנס זינד, איז מיין נאָמען „אל שדי” (מעכטיק איבער זיך אַליין); און אַלס דערבאַרמהערציגער איבער דער וועלט הייס איך ה׳. און דאָס באַטייט „אהיה אשר אהיה” — איך בין צו יעדער צייט וואָס איך בין. לויט מיינע מעשים איז דער נאָמען מיינער.
— „באַווייז מיר דיין ערע” — האָט משה געזאָגט צו גאָט — באַווייז מיר די מדה (דרך, אייגנשאַפט) מיט וועלכער דו פירסט די וועלט.
— אוממעגלעך פאַר דיר מיינע מידות צו דערגיין.
— „די הימלען דערציילן גאָטס ערע” — לויט דער שווערער וואָג פון די געוויכט־שטיינער, וועלכע דער אַטלעט הייבט און וואַרפט און מאַכט מיט זיי שפּילנדיק זיינע קונסט־שטיק, שטעלן מיר זיך פאָר די מאָס פון זיין גבורה.
אַזוי אויך לויט דער אומגעהייערער גרויס און אומענדלעכער צאָל פון די הימל־קערפּער, שטערן און פּלאַנעטן, וועלכע גאָט באַוועגט אָנאויפהערלעך מיט אַ שרעקלעכער שנעלקייט איבער זיינע ברייטע הימל־ספערן און וואַרפט זיך מיט זיי ווי מיט שפּילצייג, — דערקענט מען זיין גוואַלדיקע אומפאַרגלייכלעכע געטלעכע מאַכט. און דאָס איז דער אמת׳ער זין פון דוד־המלך׳ס ווערטער אין תהלים: „די הימלען דערציילן גאָטס ערע”.
גאָטס אייגנשאַפטן איז ניט גלייך צו מענטשנס.
אַ מענטש אין דער הויך קוקענדיק נעבן זיך, זעט ער נאָר דאָס הויכע וואָס נעבן אים, אָבער ניט דאָס נידעריקע; גאָט ברוך הוא אָבער, דער העכסטער פון אַלע הויכע, קוקט דווקא אויפן קליינעם און דערנידעריקטן.
אַ מענטש, אַז יענער האָט אים בייגעקומען האָט ער דערפון פאַרדרוס. גאָט ברוך הוא אָבער אַז מע קומט אים ביי 1) איז ער דערמיט צופרידן, ווי דער פּסוק זאָגט ביים איבערדערציילן די מעשה פון די יידנס חטא מיטן עגל: „געוואָלט האָט ער (גאָט) פאַרטיליקן זיי, אַ גליק וואָס משה זיין אויסדערוויילטער האָט זיך געשטעלט אין געפאַר אים אַנטקעגן” — משה האָט אים בייגעקומען — און דאָך איז ער פאַרבליבן זיין אויסדערוויילטער.
אַ מענטש, אַז איינער האָט אים שטאַרק אויפגעבראַכט איז ער גרייט יענעם דערגיין די יאָרן. גאָט ברוך הוא אָבער איז ניט אַזוי: ער האָט פאַרשאָלטן די שלאַנג: „ערד זאָלסטו עסן ווייל דו וועסט לעבן” — איז זי אומעטום פאַרזאָרגט מיט איר שפּייז, סיי אויפן בוידעם סיי אין קעלער; כנענען (חמס זין) האָט ער פאַרשאָלטן: „אַ אייביקער קנעכט זאָל ער זיין ביי זיינע ברידער” — איז ער אין אַלע צייטן פאַרזאָרגט מיט זיין עסן און טרינקען פון זיין הער׳ס טיש; ער האָט פאַרשאָלטן די ערד — און זי איז די שפּייזערן פון דער גאַנצער וועלט.
— גאָט — זאָגט ר׳ אלעזר — אַפילו אין זיין כעס פאַרגעסט ער נישט צו זיין אַ בל רחמים.
אַ מענטש מאַכט אַ זאַך לעבט עס אים איבער; גאָט ברוך הוא אָבער לעבט איבער אַלע זיינע באַשעפעניש.
1) אַז מ׳איז מבטל דורך תפילה זיין גזירה.
אַ מענטש מאָלט אָדער האַקט אויס אַ אויסערלעכע בילד, קען ער אין דעם ניט אַריינזעצן קיין נשמה און גייסט, קיין איינגעווייד און געדערעם; גאָט ברוך הוא אָבער בילדעט אַ בילד אין אַ בילד אין זעצט אין דעם אַריין נשמה און גייסט, איינגעווייד און געדערעם.
אַ מענטש שלאָגט אויס וויפיל מטבעות מיט איין חותם, זענען זיי אַלע ענלעך איינעם צום אַנדערן; גאָט ברוך הוא אָבער פאָרעמט אַלע מענטשן מיט איין און דעמזעלבן חותם פון אדם הראשון און יעדער פון זיי האָט זיין באַזונדער פּנים.
אַ מענטש, ער זיצט אינעווייניק און די קנעכט זיינע היטן אים פון דרויסן; גאָט ברוך הוא אָבער איז ניט אַזוי: זיינע קנעכט זיצן אינעווייניק און ער היט זיי פון דרויסן, ווי עס ווערט געזאָגט אין פּסוק: „גאָט איז דיין־באַהיטער, גאָט איז דיין שיץ ביי דיין רעכטער האַנט”.
אין נאָמען פון ר׳ שמעון בן יוחאי האָט מען געזאָגט:
— וואָס איז דער זין פונעם פּסוק: „דען איך, גאָט, ליב רעכט און לייד ניט קיין גערויבטס פאַר בראַנדאָפּפער”. מעג זיין אים אַ בראַנדאָפּפער, אויב גערויבטס — ליידט ער עס ניט.
מע קען דאָס צוגלייכן צו אַ קיניג וואָס איז פאַרבייגעפאָרן דאָס צאָלהויז. הייסט ער די קנעכט אָפּצאָלן די צאָל לויט עס קומט.
— הער קיניג — פרעגט מען אים — די צאָל געהער דאָך סיי ווי סיי דיר, צו וואָס־זשע זאָלסטו אַליין צאָלן?
פערשטייט איר מיך — ענטפערט דער קיניג — איך טו עס כדי אַלע רייזנדער זאָלן זיך אָפּלערנען פון מיר און נישט גנבענען די צאָל.
אַזוי זאָגט אויך גאָט: זאָל מען ניט רויבן פאַר מיר, וועט מען אויך ניט רויבן פאַר זיך.
11 אַ קינד אין דער מוטערס בויך.1)
ר׳ יוחנן זאָגט:
— אומעטום וואו עס רעדט זיך פון גאָטס אַלמעכטיקייט ווערט דערביי גלייך אָנגעוויזן אויך אויף זיין עניוות און צוגעלאָזקייט.
דאָס איז איבערגעזאָגט פיל מאָל סיי אין דער תורה, סיי אין די נביאים און סיי אין די כתובים; „גאָט איז איבער אַלע געטער” — שטייט ↰ 12 אין דער תורה, און באַלד דערביי: „ער שטעלט זיך איין פאַרן יתום און דער אלמנה”; „אַזוי זאָגט גאָט דער הויכער און דערהויבענער, הויך און הייליק רו איך” — זאָגט דער נביא — און באַלד נאָכדעם „אויך מיט דעם דערשלאָגענעם און ביי זיך געפאַלענעם”; „לוינט דעם וואָס רייט אין ברייטע הימלען” — ווערט געזאָגט אין תהלים — און באַלד נאָכדעם: „דער פאָטער פון יתומים און דער ריכטער פון אלמנות”.
— רבונו של עולם — האָט איוב געטענהט פאַר גאָט — פאַר וואָס האָסטו מיר אַזויפיל וואונדן פאַרשאַפט אומזיסט אומנישט? מיט וואָס האָב איך זיך קעגן דיר פאַרזינדיקט? צי איז ביי דיר נישט פאָרגעקומען דאָ קיין טעות אויף איין האָר און דו האָסט פאַרביטן דיין געטרייען „איוב” אויף עמעצן אַן „אויב”, אַ שונא דיינעם.
— נאַר איינער — ענטפערט אים גאָט ברוך הוא — פיל האָר האָב איך באַשאַפן אויפן מענטשנס קאָפּ און פאַר יעדער האָר באַזונדער אַ גריבעלע פאַר זיך, כדי צוויי צוזאַמען זאָלן ניט זויגן פון איין גריבל; ווייל אויב יאָ, וואָלט עס זייער שעדלעך געווען פאַר די אויגן. היינט אויב עס פאַרבייט זיך ניט פאַר מיר אַ גריבל אויף אַ גריבל — וועט זיך „איוב” אויף „אויב” פאַרבייטן!
„ווער האָט איינגעטיילט פאַרן רעגנפלוס גרובנס?” — פיל טראָפּן האָב איך באַשאַפן אין די וואָלקנס, און פאַר יעדן טראָפּן באַזונדער אַ קעסטעלע פאַר זיך, כדי צוויי צוזאַמען זאָלן ניט אַרויסגיין פון איין קעסטעלע; ווייל אויב יאָ וואָלט עס אָפּגעשווענקט די אייבערשטע ערד און עס וואָלט אויף איר גאָר ניט געוואַקסן. היינט אויב עס פאַרבייט זיך ניט פאַר מיר אַ טראָפּן אויף אַ טראָפּן — וועט זיך „איוב” אויף „אויב” פאַרבייטן!
„און אַ וועג פאַר די דונערן אין וואָלקן”. פול דונערן האָב איך באַשאַפן אין די וואָלקנס, און פאַר יעדן דונער באַזונדער אַ שטעג פאַר זיך, כדי צוויי צוזאַמען זאָלן ניט אַרויסגיין פון איין שטעג; ווייל אויב יאָ, וואָלט עס געמאַכט חרוב די וועלט. היינט אויב עס פאַרבייט זיך ניט פאַר מיר אַ דונער אויף אַ דונער — וועט זיך „איוב” אויף „אויב” פאַרבייטן.
„ווייסטו די צייט פון געבוירן ביי דער פעלדזן־געמזע?” — די געמזע ביים געבוירן אַ קינד ליידט זייער שווער, און פון גרויס ווייטיק פאַרלייט ↰ 13 זי יעדע מוטערלעכע געפיל פון רחמנות צו אייגענע קינדער און בשעת זי דאַרף גיין צו קינד הייבט זי זיך אויף אַ הויכן פעלדז, כדי דאָס געבוירענע קינד זאָל פון דאָרט אַראָפּפאַלן און זיך צעשלאָגן אויף טויט. שיק איך דעמאָלט צו אַן אָדלער פּינקטלעך צו דער צייט, וואָס כאַפּט עס אויף די פליגל זיינע און לייגט עס אַנידער פאַר דער מוטער; און וואָלט דאָס געשען איין רגע פריער אָדער שפּעטער, וואָלט דאָס קינד אומגעקומען. היינט אויב עס פאַרבייט זיך ניט פאַר מיר אַ רגע אויף אַ רגע — וועט זיך „איוב” אויף „אויב” פאַרבייטן?
„אָך און וויי איז די — זאָגט דער נביא ישעיהו — וואָס פאַרבאָרגן טיף פאַר גאָט זייערע געדאַנקען און אין דער פינצטער טוען זיי אָפּ מעשים, און מיינען דערביי: ווער וועט מיך זען און ווער וועט מיך וויסן?” — דאָס קומט אויס ווי איינער אַ בוימייסטער האָט אויסגעבויט די שטאָט אינגאַנצן לויט זיין אייגענעם פּלאַן, סיי די הייזער, סיי די גרובנס און סיי די קעלערס. אין אַ צייט אַרום איז ער געוואָרן איבער דער שטאָט אַ צינז־אויפמאָנער, האָבן גענומען די שטאָט־לייט און באַהאַלטן זייערע פאַרמעגנס אין געהיימע צימערן און קעלערס. זאָגט ער זיי: נאַרישע מענטשן, די אַלע געהיימע ערטער זענען דאָך אויסגעבויט דורך מיר און דורך מיין פּלאַן, מיינט איר אין זיי זיך פאַר מיר אויסצובאַהאַלטן?
גאָט איז דער בוימייסטער פונעם מענטשנס אברים און פון דער גאַנצער וועלט, היינט ווי איז מעגלעך אויסבאַהאַלטן פאַר אים געדאַנקען אָדער מעשים?
„דו גאָט ביסט מיין ליכט” — זאָגט דער משורר אין תהלים. דאָס אויג — זאָגט אויף דעם ר׳ יוחנן — איז אינגאַנצן ווייס און דורכזיכטיק, נאָר אין מיטן איז דאָס שוואַרצאַפּל אַ פאַרמאַכטס, אַ פינצטערס. אויב אַזוי, מיט וואָס וואָלט דער מענטש באַדאַרפט זען? דוכט זיך, מיטן ווייסכן. צום סוף, זעט ער גאָר מיטן שוואַרצכן. דעם סוד פון דיין אייגן ↰ 14 אויג׳ס ליכט קאָנסטו ניט דערגיין, ווילסטו דערגיין דעם סוד פון גאָטס דרכים? ער אַליין איז פאַר אונדז איינגעהילט אין טיפע פינצטערניש און איז דער קוואַל פון ליכט פאַר דער גאַנצער וועלט.
דער רוימישער קיסר, וואָס פלעגט זיך צומאָל לוסטיק מאַכן מיט וויכוחים איבערן יידישן גאָט, האָט אַמאָל אַ פרעג געטאָן רבן גמליאל׳ן:
— איר רימט אייער גאָט דערמיט וואָס ער ווייסט די צאָל פון די שטערן. אַ גרויסע זאַך! איך קאָן אויך ציילן די שטערן. נעמט רבן גמליאל פיל קירשן, שיט אַריין אין אַ זיפּ און הייבט אָן זיי געשווינד דרייען.
— גייט צייל זיי — זאָגט אים רבן גמליאל.
— הער אויף צו דרייען — זאָגט דער קיסר.
די הימל־ספערן דרייען זיך נאָך געשווינדער — האָט אים אָפּגעשניטן רבן גמליאל.
לויט אַנדערע דערציילן, האָט אים רבן גמליאל אַזוי געענטפערט:
— זאָג מיר, וויפיל ציין אין מויל האָסטו?
האָט דער קיסר אַריינגעלייגט דעם פינגער אין מויל און גענומען ציילן. — די ציין אין מויל — זאָגט רבן גמליאל — האָסטו נאָך ניט איבערגעציילט — וועסטו די שטערן אין הימל איבערציילן? אַהין מיט קיין פינגער קען מען ניט דערלאַנגען.
אַ אַנדערס מאָל האָט דער קיסר אַ זאָג געטאָן רבן גמליאל׳ן שפּאַסיק, ווי זיין שטייגער:
— איך ווייס מיט וואָס אייער גאָט דאָרט אין הימל באַשעפטיקט זיך.
רבן גמליאל׳ן זענען דעם קיסר׳ס שפּאַסיקע וויכוחים געוואָרן שטאַרק איבערדריסיק, האָט ער זיך מישב געווען אים גלייך אָפּשניידן. מאַכט ער אַ טרויעריקע מינע און לאָזט אַרויס אַ טיפן זיפץ.
— וואָס זיפצסטו אַזוי? — זאָגט דער קיסר.
— „איך האָב זיך דערמאָנט אין מיין זון, וואָס געפינט זיך יעצט ערגעץ פאַרוואָרפן אין גאַנץ ווייטע מקומות. אוי בענק איך נאָך אים! ווען דו זאָלסט מיר אים קענען ווייזן!
— ווייס איך דען וואו ער איז? — זאָגט דער קיסר.
— אַזוי? — זאָגט רבן גמליאל — וואָס דאָ אויף דער ערד טוט זיך ווייסטו נישט און וואָס דאָרטן אין הימל טוט זיך מיינסטו אַז דו ווייסט יאָ?
אדריאנוס, דער רוימישער קיסר, נאָכדעם ווי ער האָט איינגענומען די גאַנצע וועלט און האָט מיט גרויס טריאומף צוריק געקערט קיין רוים, האָט ער צונויפגעזאַמלט זיינע הויפסלייט און האָט פאַר זיי אַרויסגעזאָגט זיין ווילן.
— פון היינט אָן וויל איך, איר זאָלט מיך מאַכן פאַר אַ גאָט. איך האָב שוין איינגענומען די גאַנצע וועלט.
— דו האָסט אָבער נאָך ניט באַהערשט די הויפּטשטאָט און דאָס הויז פונעם יידישן גאָט, דער גאָט פון דער וועלט — האָבן זיי אים געענטפערט.
האָט ער זיך אַוועקגעלאָזט, חרוב געמאַכט צום איבעריקן דעם בית המקדש, פאַרטריבן די יידן און געקומען צוריק.
— שוין! — זאָגט ער צו זיינע הויפסלייט — געמאַכט אַ סוף צו דער שטאָט פונעם יידישן גאָט, פאַרברענט זיין פּאַלאַץ און פאַרטריבן זיין פאָלק. מאַכט מיך פאַר אַ גאָט!
צווישן יענע הויפסלייט — זאָגט ר׳ ברכיה — זענען געווען דריי אויפגעקלערטע פילאָסאָפן 1) רופט זיך אָן איינער פון זיי:
— מע קען זיך נישט אַקעגן שטעלן דעם קיניג ביי אים אַליין אין זיין אייגענע פּאַלאַצן, נאָר אויסער זיי. גיי דו־אויך פון גאָטס פּאַלאַצן אַרויס, שטעל זיך אויסער הימל און ערד, וועלכע ער האָט באַשאַפן — און מאַך זיך פאַר אַ גאָט.
דער צווייטער זאָגט אים:
— אומזיסט דיין מי. אַ געטלעכער נביא ירמי האָט שוין לאַנג געזאָגט: „די געטער וועלכע האָבן הימל און ערד ניט געשאַפן, וועלן אַלע אומקומען פון אונטער די הימלען”.
1) צו יענער צייט האָבן זיך צווישן די רוימער געפונען פיל אויפגעקלערטע, וואָס האָבן אויפגעהערט צו האַלטן פון געצנדינעריי, און גענומען זוכן נייע וועגן אין אמונה־זאַכן.
דער דריטער האָט געזאָגט אַזוי:
— איך האָב צו דיר אַ בקשה, שטיי מיר איצט ביי אין אַ נויט.
— וואָס איז אַזוינס? — פרעגט דער קיסר.
— איך האָב דאָ אַ שיף אין ים, דריי מייל ווייט פונעם ברעג, האַלט זי ביים אונטערגיין, און דאָרט געפינט זיך מיין גאַנץ פאַרמעגן.
— איך שיק באַלד אַהין מיינע שיפן מיט מיינע לעגיאָנען און מען וועט זי רעטן.
— אדוני מלך! — זאָגט אים דער פילאָסאָף — צו וואָס זאָלסטו באַמיען אַהין דיינע שיפן מיט דיינע לעגיאָנען, אַמער שיק־אונטער אַהינצו אַ ביסעלע ווינט, וועט זי זיין גערעטעט.
— וואו זאָל איך דיר נעמען אַ ווינט אַ הין צו שיקן?
— אַזוי? — זאָגט דער פילאָסאָף — קיין ביסל ווינט קאָנסטו אַהין ניט שיקן, און פאַר אַ גאָט ווילסטו זיך מאַכן? וועגן דעם אמת׳ן גאָט ווערט געזאָגט: „ער שאַפט הימלען און ציט זיי אויס, שפּרייט אויס די ערד און איר אַרויסצוג, ער גיט אַ זעל מענטשן אויף איר און אָטעם צו די וואָס גייען איבער איר”.
איז דער קיסר געקומען צו זיך אַ היים שטאַרק צערודערט. זאָגט אים דאָס ווייב: דיינע לייט האָבן דיר איינגערעדט אַז דו קענסט ווערן אַ גאָט. אַ יאָ ביסט אַ גרויסער און אַ שטאַרקער קיניג און אַלץ איז ביי דיר אין דער האַנט? אָט וועל איך דיר עפּעס זאָגן: גיב נאָר גאָט צוריק זיין פּקדון, וועסטו ווערן אַ גאָט.
— וואָס פאַר אַ פּקדון? — פרעגט דער קיסר.
— די נשמה — ענטפערט זי.
— אָן דער נשמה וואָס וועט פון מיר ווערן?
— אַזוי? — זאָגט זי — איבער דיין נשמה האָסטו קיין שליטה נישט, ווילסטו אַ גאָט ווערן! אַ מענטש ביסטו, ניט קיין גאָט.
אַ כופר האָט אַמאָל געפרעגט ביי ר׳ יהושע בן קרחה׳ן:
— זאָגט איר דען ניט, אַז גאָט זעט אַלעס פאָראויס?
— געוויס — ענטפערט ער.
— אויב אַזוי, ווי קומט עס — פרעגט יענער ווייטער — וואָס די ↰ 17 תורה דערציילט וועגן גאָט „ער האָט דערזען ווי גרויס איז דאָס שלעכטס פונעם מענטשן — איז ער טרויעריק געוואָרן ביי זיך האַרצן”? — האָט ער דען ניט געוואוסט פאָראויס, וואָס פונעם מענטשן וועט ווערן?
— ביי דיר איז אַמאָל געבוירן געוואָרן אַ יינגל? — האָט אים ר׳ יהושע בן קרחה געפרעגט.
— יאָ.
— וואָס־זשע האָסטו דעמאָלט געטאָן?
— ס׳איז ביי מיר געווען אַ שמחה און האָב משמח געווען אַלע מיינע גוטע פריינד.
— האָסטו דען פאָראויס ניט געוואוסט, אַז ער וועט אַמאָל שטאַרבן?
— וואָס געהער זיך עס אָן? — זאָגט ער — בשעת פרייד — פרייד, בשעת לייד — לייד.
— און דאָסזעלבע איז אויך ביי גאָט.
אַ מאַטראָנע האָט אַמאָל געפרעגט ביי ר׳ יוסי בן חלפתא:
— אין וויפיל טעג האָט גאָט באַשאַפן די וועלט?
— אין זעקס — האָט ער געענטפערט.
— און פון דעמאָלט אָן ביז איצט וואָס טוט ער?
— פון דעמאָלט אָן זיצט גאָט פון אויבן און פאָרט פון אונטן: דעמס טאָכטער פאַר יענעם, יענעמס פאַר דעם.
— און מיט דעם באַשעפטיקט ער זיך? אַ גרויסע קונץ! איך קען עס אויך. וויפיל קנעכט און דינסטן איך פאַרמאָג קען איך זיי דיר אַלע אין איין וויילע צונויפפּאָרן.
— ביי דיר איז עס אפשר אַ קלייניקייט, ביי גאָט אָבער איז עס דווקא שווער ווי שפּאַלטן דעם ים — האָט ר׳ יוסי בן חלפתא איר אָפּגעענטפערט, זיך אויסגעקערט און אַוועקגעגאַנגען.
איז זיך מישב די מאַטראָנע, און נעמט צונויף אירע טויזנט קנעכט מיט טויזנט דינסטן, שטעלט זיי אויס שורות־ווייז, און באַפעלט: זאָלן זיך נעמען דער די און די דעם, און אַזוי האָט זי זיי אויסגעפּאָרט אַלע אין איין נאַכט.
אויף מאָרגן פרי, האָבן גענומען גיין צו איר דער גאַנצער עולם קנעכט און דינסטן, ווער מיט אַ צעשפּאָלטענעם קאָפּ, ווער מיט אַ אויסגעזעצט אויג, ווער מיט אַ אויסגעלינקטער האַנט, ווער מיט אַ צעבראָכענעם פוס.
— וואָס איז מיט אייך אַזוינס געשען? — פרעגט די מאַטראָנע פאַרוואונדערט.
ווערט אַ געפּילדער. דער שרייט: איך וויל די נישט, און די טענהט: איך וויל דעם נישט.
דערזען דאָס, שיקט זי רופן צו זיך ר׳ יוסי בן חלפתא, און זאָגט אים:
— רבי, אמת איז אייער תורה, שיין און וואויל איז זי. ריכטיק האָסטו מיר געענטפערט.
ר׳ ברכיה זאָגט: דער זין פון ר׳ יוסי בן חלפתא׳ס ענטפער איז געווען אַן אַנדערער: גאָט זיצט פון אויבן און מאַכט לייטערס: דערנידעריקט איינעם און דערהייבט דעם אַנדערן, לאָזט איינעם אַראָפּ און הייבט דעם אַנדערן אַרויף. און אַזוי אַרום האַלט זיך אין גלייכגעוויכט אַלעס אויף דער וועלט.
„פון גאָט זענען דעם מענטשנס שריט געריכטעט” — ר׳ חנינא זאָגט:
אַ מענטש גיט זיך ניט אַ קלאַפּ אין מינדסטן פינגער פון אונטן ביז מ׳האָט ניט אויסגערופן וועגן דעם פון אויבן.
גאָט ברוך הוא פירט אויס זיין שליחות דורך אַלעס, אַפילו דורך אַ פראָש, אַפילו דורך אַ שלאַנג, אַפילו דורך אַ פליגעלע.
אַ עקדיש האָט זיך אַמאָל געלאָזט אויספירן אַ שליחות פון יענער זייט ירדן. געקומען צום טייך האָט אים גאָט צוגעשיקט אַ פראָש און אויף איר איז ער איבערגעשוואומען דעם טייך, געגאַנגען וואוהין ער האָט באַדאַרפט, דאָרטן איינעם אַ ביס געטון און יענער איז געשטאָרבן. ↰ 19 אָפּגעטאָן זיינס האָט אים די פראָש ווידער אַריבערגעפירט דעם טייך צוריק.
ר׳ ינאי האָט אַמאָל געדרשהט פאַרן עולם ביים איינגאַנג פון שטאָט. זעט מען ווי אַ שלאַנג לאָזט זיך לויפן געשווינד אין שטאָט אַריין. טרייבט מען אים אָפּ צוריק פון איין זייט, דרייט ער זיך אויס און קומט אָן פון אַ אַנדער זייט, טרייבט מען אים אָפּ ווידער פון דער זייט קומט ער ווידער אָן פון אַן אַנדער זייט.
ניט אַנדערש — זאָגט ר׳ ינאי — אַז ער גייט אָפּטאָן עפּעס אַ שליחות.
און טאַקע באַלד איז אַרויס אַ קלאַנג אין שטאָט: יענער און יענער האָט באַקומען אַ ביס פון אַ שלאַנג און איז געשטאָרבן.
ר׳ יוסף האָט אַמאָל געדרשהט אויפן פּסוק אין ישעיה:
„אַ דאַנק דיר, גאָט, וואָס דו האָסט אויף מיר געצאָרנט, דיין צאָרן קערט זיך אום און דו טרייסט מיך” — וועגן וואָס האַנדלט זיך דאָ? וועגן צוויי מענטשן, אַ שטייגער, וואָס האָבן זיך געקליבן אַוועקצולאָזן זיך מיט אַ שיף אין ים געשעפטן מאַכן. האָט זיך איינעם פאַרשטאָכן אַ פוס און האָט געמוזט פאַרבלייבן. איז ער בעז געוואָרן אויף גאָט. שפּעטער דערהערט ער אַז יענע שיף איז אונטערגעגאַנגען. דעמאָלט האָט ער ערשט אָנגעהויבן לויבן און דאַנקען גאָט: אַ דאַנק דיר, גאָט פאַר דיין ערשטן צאָרן, געקומען נאָכאַמאָל דיין צאָרן האָט ער מיך געטרייסט.
און דאָס איז די מיין — האָט ר׳ אליעזר געזאָגט — פונעם פּסוק אין תהלים: „אַ דאַנק — צו דעם וואָס טוט וואונדער איינער אַליין” — וויפיל נסים טוען זיך אָפּ מיטן מענטשן, וואָס אַפילו ער אַליין ווייסט גאָר נישט פון זיי!
ריש לקיש זאָגט: זיבן הימלען זענען פאַראַן: דער ערשטער הימל וילון (פאָרהאַנג) — האָט ניט קיין באַזונדערע באַשטימונג? ניט מער, פאַרטאָג וויקלט ער זיך איין אינגאַנצן און לאָזט אַרויס דעם טאָג און אַזוי אַרום באַנייט ער טאָג־טעגלעך די גאַנצע וועלט, פאַרנאַכט וויקלט ער זיך צוריק אויף און עס ווערט נאַכט; דער צווייטער הימל רקיע — דאָרט זענען איינגעפאַסט זון און לבנה, שטערן און פּלאַנעטן; דער דריטער הימל שחקים — דאָרט שטייען מילן וועלכע מאָלן מן (הימל־שפּייז) פאַר צדיקים; דער פערטער הימל זבול — דאָרט געפינט זיך די אייבערשטע ירושלים מיטן בית המקדש מיט אַ אויסגעבויטן מזבח, וואו עס שטייט דער מלאך מיכאל, דער גרויסער שר, און ברענגט אויף אים אַלע טאָג אַ קרבן — אַ צדיק׳ס נשמה; דער פינפטער הימל מעון — דאָרט שטייען מלאכים גרופּן־ווייז און זאָגן שירה פאַר גאָט ביינאַכט און שווייגן ביי טאָג צוליב׳ן כבוד פון יידן, וועלכע זאָגן דעמאָלט שירה; דער זעקסטער הימל מכון — דאָרט געפונען זיך קאַמערן פון שניי, קאַמערן פון אייז, אייבערקאַמערן פון בייזע טויען און רעגנס, אַ געהיימער צימער פאַר געוויטער און שטורעמווינטן און די הייל פון דאַמף, און אַלע זייערע טירן זענען פון פייער; דער זיבעטער הימל ערבות — דאָרט געפינט זיך רעכט און געריכט און גערעכטיקייט, אוצרות פון לעבן, אוצרות פרידן און זעגן און די צוריקגעקומענע נשמות פון צדיקים און נשמות ↰ 21 און גייסטער וואָס דאַרפן ערשט געבוירן ווערן, און טוי דורך וועלכן גאָט וועט אַ מאָל אויפלעבן די טויטע; דאָרט געפונען זיך אויך די גרויסע הייליקע מלאכים, גאָטס באַדינער, די אופנים און שרפים און דער כסא הכבוד, און דער קיניג, דער לעבעדיקער הייליקער גאָט, דער העכסטער און דערהויבנסטער, רוט איבער זיי אַלע, און פינצטערניש, וואָלקן און נעפּל רינגלען אים אַרום.
ביז אַ הער איז דיר דערלויבט צו רעדן פון דאַנען און ווייטער טאָרסטו ניט. ווי בן סירא שרייבט:
- דאָס באַהאַלטענע פאַר דיר וואָג ניט צו פאָרשן
- דאָס פאַרדעקטע פאַר דיר זוך ניט צו דערגיין,
- וואָס איז דערלויבט אין דעם טראַכט זיך איין,
- און האָב ניט צו טון מיט קיין געהיימניסן.
פיר גרופּן פון מלאכים, גאָטס באַדינער, לוינען זיין ליבן נאָמען. די ערשטע מחנה, מלאך מיכאל׳ס, רעכטס, די צווייטע, גבריאל׳ס — לינקס, די דריטע, אוריאל׳ס — פון פאָרענט, די פערטער — רפאל׳ס — פון אונטן, און גאָטס ברוך הוא שכינה — אין מיטן, און ער זיצט אויף אַ הויכע, דערהויבענע שטול, וואָס הענגט הויך אין דער לופטן, דאָס אויסזען פון זיין ערע איז ווי דער הימלשער פייער־שיין חשמל; די קרוין — אויפן קאָפּ; די דיאַדעם מיטן שם המפורש — אויפן שטערן; די אויגן זיינע אויף דער גאַנצער ערד, וואָס האַלב איז זי פייער און האַלב אייז; רעכטס ביי אים איז לעבן, לינקס — טויט, אַ פייערדיקע סצעפּטער ביי אים אין דער האַנט און אַ פּרוכת איז אַראָפּגעלאָזט פאַר אים, און זיבן מלאכים באַדינען אים אינעווייניק פון יענער זייט פּרוכת. און דאָס איז באַוואוסט מיטן נאָמען „פּרגוד”. און דאָס פוסבענקעלע איז ווי פייער מיט אייז צוזאַמען, און אונטער דעם כסא הכבוד איז ווי סאַפּפיר, און אַרום דער שטול פלאַקערט אַ פייער, רעכט און געריכט איז דער גרונט פון זיין שטול, און זיבן הערלעכע וואָלקנס הילן אים אַרום, און דער אופן און גלגול, כרוב און חיה זינגען אים אַ לויב.
ר׳ ישמעאל זאָגט:
דער גרויסער מלאך מטטרון, וואָס שטייט פאַר גאָטס געזיכט, האָט מיר דערציילט: ווי נאָר גאָט ברוך הוא האָט מיך גענומען צו זיך צו באַדינען אים אונטער׳ן כסא הכבוד און דעם גלגול פון דער מרכבה אין די גאַנצע איינריכטונג פון דער שכינה, איז באַלד מיין לייב געוואָרן פלאַם־פייער, און מיינע אָדערן פייער גלוט, און מיינע ביינער גליענדיקע קוילן און מיינע ברעמען ווי הימל שיין, און מיינע אויגן ווי בליצן, און די האָר פון מיין קאָפּ — בראַנדן פייער און מיינע אַלע גלידער פלאַמענדיקע צינגען און מיין גאַנצער גוף איין ברענענדיקער פלאַקער, פון מיין רעכטער האַנט שפּריצט מיט פלאַמען פייער און פון דער לינקער מיט פלאַקערדיקע פאַקעלן, און פון אַרום מיר ברעכן אויס שטורעמווינטן.
אויפן הימל איז דאָ אַ הייליקע חיה (איינער פון די מלאכים), אַז ס׳איז טאָג שיינט דאָס וואָרט „אמת” (וואַרהייט) ביי איר אויפן שטערן, ווייסן די מלאכים אַז ס׳איז טאָג, פאַרנאַכט שיינט דאָס וואָרט „אמונה” ביי איר אויפן שטערן, ווייסט מען אַז ס׳איז נאַכט. און אַלעמאָל זאָגט זי דערביי: „לויבט גאָט דעם געלויבטן!”, און אַלע הימלישע הערשאַפטן ענטפערן „געלויבט איז גאָט דער געלויבטער אויף אייביק!”.
אדריאנוס, פוילן זאָלן זיינע ביינער, האָט אַמאָל געפרעגט ר׳ יהושע׳ן בן חנניא: איר זאָגט אַז קיין גרופּע מלאכים אין הימל זינגט ניט איבער צוויי מאָל איר לויבגעזאַנג, ווי דען? אַלע טאָג באַשאַפט גאָט פרישע מלאכים, זאָגן אָפּ זייער שירה, און בלייבן ניט. ניט אַזוי?
— אַזוי.
— וואוהין גייען זיי אַוועק?
— אַהין פון וואַנען זיי זענען באַשאַפן געוואָרן.
— און פון וואַנען זענען זיי באַשאַפן געוואָרן?
— פונעם פייערדיקן טייך דינור וואָס פליסט אָן אויפהער טאָג ווי נאַכט.
— און פון וואַנען נעמט זיך דער טייך?
— פונעם שווייס וואָס טרעט אַרויס ביי די הייליקע חיות פונעם טראָגן דעם כסא הכבוד.
די איינציקע ערנערונג פון די מלאכים איז די שיין פון דער שכינה, ווי דער פּסוק זאָגט: „דו (גאָט) באַלעבסט זיי אַלע און די הימל־הערשאַפטן בוקן זיך פאַר דיר”.
איין מלאך טוט ניט קיין צוויי שליחות, און ניט צוויי מלאכים איין שליחות.
אויף מלאכים האָט דער יצר הרע קיין שום שליטה ניט.
די נעמען פון די מלאכים האָבן די יידן צום ערשטן מיטגעבראַכט פון בבל.
עבודה זרה איז אַזאַ האַרבע עבירה, אַז ווער עס לייקנט אין איר איז גלייך ווי ער איז מודה (אָנערקענט) אין דער גאַנצער תורה.
ר׳ אבהו האָט געזאָגט אין ר׳ יוחנן׳ס נאָמען:
אויב אַ אמת׳ער נביא וועט דיר זאָגן אַז מען מוז צייטווייליק איבערטרעטן אַ געבאָט פון דער תורה — זאָלסטו אים אין אַלעס פאָלגן, אויסער געצנדינעריי, אויף דעם זאָלסטו אים ניט פאָלגן אין קיין פאַל, אַפילו ווען ער וועט דיר באַווייזן אַ וואונדער און אָפּשטעלן די זון אין מיטן הימל.
רב נחמן זאָגט:
— שפּעטן טאָר מען ניט; שפּעטן אָבער פון עבודה זרה איז דערלויבט, ווי מיר געפונען כמעט ביי אַלע נביאים, אַז זיי האָבן בייסנד אויסגעלאַכט די עבודה זרה און געמאַכט זי צו שאַנד און צו שפּאָט.
- „און אַז זיי (די גוים) וועלן אייך זאָגן
- ווענדט זיך צו די בויכרעדער און צו די טרעפערס
- וואָס פּיפּסן און פּלאַפּלען —
- יעדעס פאָלק ווענדט זיך דאָך צו זיין גאָט,
פאַר די לעבעדיקע צו טויטע.
ביי דער תורה און צייגעניש (שווער איך)
- אויב ניט זיי זאָגן אייך אַזאַ זאַך וואָס האָט ניט קיין קלאָרן זין”
אויף די ווערטער פונעם נביא ישעיה האָט ר׳ לוי געזאָגט אַזאַ משל:
— ביי איינעם איז פאַרלוירן געגאַנגען זיין זון, איז ער אים געקומען זוכן אויפן בית הקברות. דערזעט אים דאָרט אַ פאַרשטאַנדיקער מענטש, פרעגט ער אים: דיין פאַרלוירענער זון איז אַ לעבעדיקער צי אַ טויטער?
— אַ לעבעדיקער.
— נאַר איינער — זאָגט אים יענער — טויטע, געוויינלעך, קומען אָן צו לעבעדיקע, אָבער וואו האָסטו געזען אַז לעבעדיקע זאָלן אָנקומען צו טויטע? אומעטום טוען לעבעדיקע די באַדערפענישן פון די טויטע, צי האָט מען אָבער געזען פאַרקערט, אַז טויטע זאָלן טון די באַדערפענישן פון די לעבעדיקע?
דאָסזעלבע האָט געמיינט דער נביא: אונדזער גאָט איז אַ לעבעדיקער און אַ אייביקער, זייערע געטער אָבער זענען טויטע; זאָלן מיר אַוועקלאָזן אונדזער לעבעדיקן גאָט און זיך בוקן צו מתים?
איינער אַ פילאָסאָף האָט אַמאָל געפרעגט ביי רבן גמליאל׳ן:
— אייער גאָט, וואָס איז אַזוי אויפגעבראַכט אויף די וואָס דינען עבודה זרה, פאַרוואָס ברענגט ער ניט אום דעם אָפּגאָט אַליין?
— איך וועל דיר ענטפערן מיט אַ משל — האָט רבן גמליאל געזאָגט — שטעל זיך פאָר, אַז ביי אַ קיניג איז געווען אַ זון, וואָס האָט ↰ 26 דערצויגן אַ הונט און האָט אים אָנגערופן מיטן פאָטער׳ס נאָמען, און אַז ס׳איז אים אויסגעקומען אַמאָל, פלעג ער שווערן ביים לעבן פונעם טאַטע־הונט. אויף וועמען דאַרף דער קיניג בעז זיין — אויפן זון צי אויפן הונט? פאַרשטייט זיך אויפן זון.
וואָס הייסט — זאָגט דער פילאָסאָף — הונט רופסטו דעם אָפּגאָט? מען זעט דאָך, אַז ער איז דאָך עפּעס!
— פון וואָס אַ שטייגער האָסטו עס אַרויסגעזען?
— ביי אונדז אין שטאָט האָט אַמאָל אויסגעבראָכן אַ שרפה, איז פאַרברענט געוואָרן אינגאַנצן די שטאָט; פאַרבליבן איז נאָר איין געטער־טעמפּל.
— אויף דעם — זאָגט אים רבן גמליאל — וועל איך דיר אויך ענטפערן מיט אַ משל: אַז אַ קיניג קומט באַשטראָפן אַ געגנט וואָס האָט פאַרזינדיקט קעגן אים, מיט וועמען האָט ער דאָרט צו טון, מיט לעבעדיקע צי מיט טויטע? פאַרשטייט זיך מיט לעבעדיקע.
— אי הונט רופסטו זיי, אי מתים הייסן זיי ביי דיר — זאָגט דער פילאָסאָף — זאָל זשע גאָט זיי אינגאַנצן אומברענגען, אויסראָטן פון דער וועלט!
איך וועל דיר זאָגן — ענטפערט רבן גמליאל — וואָלט מען געדינט אַזאַ זאַך וואָס איז גאָר אומניצלעך פאַר דער וועלט, וואָלט ער זיי געוויס פאַרניכטעט. מע דינט דאָך אָבער זון און לבנה, שטערן און פּלאַנעטן, טייכן און טאָלן, זאָל ער צוליב די שוטים אומברענגען זיין וועלט?
דאָס זעלבע האָבן אַמאָל געפרעגט די פילאָסאָפן אין רוים ביי די יידישע געלערטע:
— אויב אייער גאָט קען אַזוי ניט ליידן די עבודה זרה, פאַר וואָס פאַרניכטעט ער זי ניט?
דערויף האָבן זיי געענטפערט אַזוי:
— וואָלט מען געדינט אַ זאַך וואָס די וועלט נייטיקט זיך ניט אין דעם, וואָלט ער עס פאַרניכטעט; מע דינט דאָך אָבער זון און לבנה, שטערן און פּלאַנעטן — זאָל ער צוליב די שוטים אומברענגען די וועלט? ווי דען? די וועלט גייט זיך, מיט איר גאַנג, און מיט די שוטים פאַר זייערע מיאוסע גענג וועט מען זיך אַמאָל אָפּרעכענען; אָדער מאָלט זיך אויס אַן אַנדער זאַך: אַ מענטש, אַ שטייגער, האָט ביי עמעצן אַוועק גערויבט אַ ↰ 27 מעסטל ווייץ און האָט עס פאַרזייט אין פעלד; קומט אויס, לויט אייער שכל, אַז עס וואָלט ניט באַדאַרפט וואַקסן; פון דעסטוועגן גייט זיך די נאַטור מיט איר גאַנג, און מיט די שוטים, פאַר זייערע מיאוסע גענג, וועט מען זיך אַמאָל אָפּרעכענען.
איינער מיטן נאָמען זונין האָט אַמאָל געזאָגט ר׳ עקיבאן:
— איך און דו ביי זיך ווייסן מיר דעם אמת, אַז די עבודה זרה איז גאָר נישט מיט נישט, דאָך פאַר וואָס זעען מיר, אַז מענטשן קומען צו איר קרומע און גייען אַוועק צוריק געזונטע.
— איך וועל דיר זאָגן — ענטפערט ער אים — שטעל זיך פאָר, למשל, אַז ערגעץ אין אַ שטאָט האָט געוואוינט אַ מענטש זייער אַ ערלעכער מאַן, וואָס אַלע שטאָט לייט האָבן געהאַט צו אים צוטרוי און פלעגן ביי אים איינלייגן געלט אַפילו ניט פאַר עדות. נאַר איינער איז געווען, וואָס פלעג ביי אים איינלייגן ניט אַנדערש ווי פאַר עדות. איינמאָל אָבער האָט יענער גראָד ביי אים איינגעלייגט אַ פּקדון אָן עדות. רופט זיך אָן דאָס ווייב צו דעם ערלעכן מאַן: אים קענען מיר פאַרלייקענען. ענטפערט ער איר: צי דען ווייל דער שוטה האָט זיך אויפגעפירט ניט פיין, זאָלן מיר אונדזער נאמנות פאַרלירן. דאָסזעלבע איז אויך מיט די ווייטיקן. בשעת מע שיקט זיי אָן אויף די מענטשן באַשווערט מען זיי: איר זאָלט אָנקומען אויף יענעם מענטשן נאָר אין דעם און אין דעם טאָג און אים אָפּלאָזן נאָר אין יענעם טאָג, אין יענער שעה, דורך יענעם רופא און דורך יענער רפואה. און פּונקט ווען ס׳איז געקומען די צייט פאַר זיי אָפּצוטרעטן איז ער גראָד דעמאָלט געגאַנגען אין געצנטעמפּל. טראַכטן זיך די ווייטיקן: אייגנטלעך וואָלט זייער כדאי געווען מיר זאָלן איצט ניט אָפּטרעטן (ער זאָל ניט מיינען אַז די עבודה זרה איז אים אין דעם בייגעשטאַנען), נאָר צוריק גערעדט: צי דערפאַר ווייל דער שוטה האָט זיך אויפגעפירט ניט ווי עס באַדאַרף צו זיין, זאָלן מיר ברעכן אונדזער שבועה!
איינער אַ גוי האָט געפרעגט ביי ר׳ יהושע בן קרחה:
— ביי אייך אין דער תורה שטייט, אַז די מיינונג פון מערהייט ↰ 28 וועגט־איבער. זענען מיר דען ניט אַקעגן אייך יידן אַ מערהייט, פאַר וואָס־זשע גלייכט איר זיך ניט אויס מיט אונדז אין געצנדינעריי?
גיט אים ר׳ יהושע בן קרחה אַ פרעג:
— קינדער האָסטו?
— אַי — ענטפערט אים דער גוי — האָסט מיר אָנגערירט מיין וואונד.
— וואָס איז? — פרעגט ער אים.
— פיל זין האָב איך — זאָגט יענער — און ווי נאָר מע זעצט זיך אויס ביי מיר אַרום טיש הייבט זיך אָן אַן עסק מיט געטער: דער בענטשט דעם גאָט און יענער יענעם גאָט. בקיצור, מע צעגייט זיך ניט פונעם טיש ביז מע צעשפּאַלט ניט איינער דעם אַנדערן דעם מוח.
— און נאָך אַלעמען גלייכסטו זיי פונדעסטוועגן אויס?
— ניין — ענטפערט דער גוי מיט אַ קרעכץ — יעדער בלייבט ביי זיינעם.
— אויב אַזוי — זאָגט ר׳ יהושע בן קרחה — פריער גלייך אויס דיינע אייגענע זין דערנאָך וועלן מיר שמועסן.
ווי דער גוי איז אַוועקגעגאַנגען זאָגן ר׳ יהושע׳ן די תלמידים זיינע:
— רבי, פאַר יענעם ביסטו אָפּגעקומען מיט ווייס־איך־וואָס, אונדז אָבער וואָס וועסטו דערויף ענטפערן?
— איר וועט פון מיר ליידיק ניט אַוועקגיין: עשו מיט זיינע זין זענען געווען אינגאַנצן זעקס, רופט זיי די תורה אָן מיט אַ מערצאָל „נפשות”. יעקבס הויז־געזונט איז באַשטאַנען פון זיבעציק פּאַרשוין, שטייט ביי זיי מיט אַ איינצאָל: „שבעים נפש”. דאָס איז דערפאַר, ווייל עשו׳ס משפּחה צווישן זיך איז צעריסן אויף פיל געטער, דעריבער שטייט ביי זיי „נפשות”, ווייל די נשמות זענען ביי זיי צעטיילט; יעקב אָבער, וואָס זיין גאַנץ הויז־געזונט דינט איין גאָט, שטייט ביי אים איין „נפש” — ביי אַלע איין גאָט און איין נשמה.
וואָס איז אַזוינס געווען דער אָפּגאָט „מולך”, וועלכן אַ טייל פון יידן, נאָכטוענדיק אַנדערע פעלקער, האָבן געדינט?
געפונען האָט ער זיך ניט אין ירושלים אַליין, וואו אַלע אַנדערע אָפּגעטער, נאָר גאַנץ ווייט אויסער ירושלים. באַשטאַנען איז ער פון אַ ↰ 29 גרויס אויסגעהוילט מעטאַלן בילד, דאָס פּנים אַ קעלבערנס מיט צוויי אויסגעשטרעקטע הענט פון פאָרענט, ווי איינער וואָס גרייט זיך עפּעס אויפצונעמען, און אין די הענט האָט ער געהאַלטן אַ קופּערנע טאַץ. געשטאַנען פאַררוקט אונטער זיבן צוימען און יעדן האָט מען צו אים צוגעלאָזט לויט זיין אָפּפער: ווער ס׳האָט געבראַכט אַן עוף — איז אַריין נאָר אין דער ערשטער אָפּטיילונג, אַ ציג — אין דער צווייטער, אַ שאָף אין דער דריטער, אַ קעלבל אין דער פערטער, אַ שטיר — אין דער פינפטער, אַן אָקס — אין דער זעקסטער, און ווער ס׳האָט געבראַכט אַ זון פאַר אַ קרבן, האָבן אים די געצנפּריסטער אַריינגעפירט גאָר אינעווייניק, אין זיבעטן אָפּטיילונג, און ער האָט אַ קוש געטאָן דעם „מולך” (און אויף יענע לייט האָט דער נביא הושע אויסגעשריען: „מענטשן שעכטן זיי און קעלבער קושן זיי”). דעם מולך האָט מען געהייצט אינעווייניק ביז די הענט זיינע מיט דער טאַץ זענען געוואָרן אָנגעגליט ווי פייער. פלעג מען נעמען דאָס קינד, אַרויפלייגן אויף דער טאַץ און דערביי האָט מען באַלד אָנגעהויבן הילכיק קלאַפּן אויף גרויסע קעסל־פּויקן, כדי די געשרייען פונעם קינד זאָלן ניט דערגיין צום פאָטער און עס זאָל אים ניט אָנכאַפּן ביים האַרצן. און דערצו האָבן די מענטשן וואָס זענען דערביי געשטאַנען געברומט און געשריגן אין עקסטאַז אויף ווילדע קולות, און די פּריסטער האָבן דעם אָפּגאָט געלויבט מיט אויסגעשרייען און צוגעוואונשעוועט: „ס׳זאָל דיר געשמאַק זיין, ס׳זאָל דיר זיס זיין, ס׳זאָל דיר וואויל באַקומען!”.
„מענטשן שעכטן זיי און קעלבער קושן זיי” — די פּריסטער פון מולך האָבן געהאַלטן ביי זיך קעלבער צו וועלכע מ׳האָט געדינט, און ווי נאָר זיי האָבן געמערקט אַ רייכן מאַן פלעגן זיי לאָזן מאַכן זיין בילד, אויסגעהונגערט די קעלבער און יענס בילד אַוועקשטעלן נעבן די קריפּן, פון וועלכע די קעלבער עסן. און אַז דער רייכער איז געקומען אין טעמפּל פלעגן דעמאָלט די פּריסטער אַרויסלאָזן צו אים די הונגעריקע קעלבער, וועלכע האָבן גענומען אים נאָכלויפן.
— זעסטו — פלעגן זאָגן די פּריסטער — די געטער באַגערן דיך, דו ביסט זיי געשטימט פאַר אַ קרבן.
„אַוועקגענומען האָסטו — קלאָגט זיך דער נביא יחזקאל אין גאָטס נאָמען — די יעניגע וועלכע דו האָסט געבוירן פאַר מיר און זיי געשאָכטן פאַר זיי” (פאַר די געטער).
דער געצנפּריסטער פלעגט קומען צו אַ מענטשן און אים זאָגן יענער און יענער גאָט האָט דערהערט, אַז דו האָסט פיל קינדער, האָט ער מיך געשיקט דיך פרעגן, פאַר וואָס זאָלסטו אים ניט ברענגען איינעם פון זיי פאַר אַ קרבן?
— וועמען קען איך אַוועקגעבן? — ענטפערט? יענער — איינער אַרבעט ביי זילבער, איינער — ביי גאָלד, איינער איז ביי די שאָף און איינער ביי די רינדער.
— ווילסטו, הייסט עס, קומען פאַר דיין גאָט מיט ליידיקע הענט? — פלעגט אים אויף דעם אַ זאָג טון דער פּריסטער — וועט ער דען אויף דיר דערפאַר ניט בייז ווערן?
— ווייסטו וואָס — רופט זיך יענער אָן — איך האָב נאָך אַ קליין יינגל אין שולע, וואַרט ביז ער וועט קומען פון דאָרט אַ היים, באַקומסטו אים פאַר אַ קרבן.
אויף דעם זאָגט עס גאָט: פון אַלע קינדער וואָס דו פאַרמאָגסט, האָסטו אויסגעקליבן מקריב צו זיין פאַר די געטער גראָד דעם וואָס איז מיר געווידמעט!
רב אשי האָט אַמאָל זיך געקליבן אויף מאָרגן דרשענען פאַר זיינע תלמידים איבער אַמאָליקן יידישן קיניג מנשה בן חזקיהו, וועלכער האָט זייער פיל געזונטיקט מיט געצנדינעריי, און האָט זיך לאַנג פאַרטראַכט וועגן דעם: וואָס אַזאַ מלך מנשה, דעם צדיק חזקיהו׳ס אַ זון, אינעם דור פון דעם נביא ישעיה, האָט זיך געלאָזט פאַרפירן פון אַזעלכע נאַרישקייטן ווי עבודה זרה. ביינאַכט איז אים געקומען מנשה צו חלום, פרעגט אים רב אשי:
— זאָג מיר, ווי קומסטו צו עבודה זרה?
— דו אין איצטיקן דור קענסטו עס קוים אויפפּאַסן. איך קען דיר נאָר זאָגן, אַז ווען דו ווילסט זיך געפונען צווישן אונדז אין יענעם דור, ווילסטו פאַרהויבן די פּאָלעס דיינע און נאָך מיר נאָכגעלאָפן.
ביים צוריקקער פון בבל קיין ארץ ישראל, נאָכדעם וואָס יידן האָבן זיך אַזויפיל אָנגעליטן, האָבן זיי זיך אַלע אין דעם אויפגעבויטן ↰ 31 בית המקדש צונויפגענומען אונטער דעם אָנפיר פון עזרא און נחמי, מיט דער פעסטער דעה, איינמאָל פאַר אַלעמאָל איבעררייסן מיט אַלע יענע שלעכטע גענג, וועלכע האָבן געבראַכט אויף זיי אַזוינע שווערע גאָטס שטראָף און אומגליקן, און אויף ווייטער אויף זיך גענומען אויפצופירן זיך אין זייער לאַנד פרום און ערלעך, ווי גאָט האָט געבאָטן. ווי באַוואוסט, איז דער גרעסטער יידישער חטא פון פריער, אין דער צייט פון בית ראשון געווען עבודה זרה; און אויף דערויף, מער ווי אויף אַלעמען, האָבן זיי, לויט עס ווערט דערציילט אין נחמי, אין דעם גרויסן טאָג פון פאָלקס־תשובה „שטאַרק געשריגן און געוויינט צו זייער גאָט”.
— אָך און וויי! — האָבן זיי געשריגן — אָט דער וויסטער יצר הרע פון עבודה זרה, ער האָט אונדז געבראַכט צו אונדזער גרויסן אומגליק, ער איז דער וואָס האָט חרוב געמאַכט דעם בית המקדש, פאַרברענט דעם טעמפּל, אומגעבראַכט אַלע צדיקים און פאַרטריבן אונדזער פאָלק פון זיין לאַנד, און, אוי, נאָך ביז היינט טאַנצט ער אַרום צווישן אונדז. רבונו של עולם, אינגאַנצן דאָס וואָס דו האָסט אים אָנגעשיקט אויף אונדז איז דאָך נאָר צוליב דעם, כדי מיר זאָלן אים בייקומען און באַקומען דערפאַר גרויס באַלוין — מוחל אים, מוחל די לוין!
פאַלט זיי אַראָפּ אַ צעטעלע פון הימל און דאָרטן איז געשטאַנען איין וואָרט: „אמת”. האָבן זיי פאַרבראַכט אין פאַסטן דריי טעג און דריי נעכט און גאָט געבעטן, ביז מ׳האָט דעם יצר הרע פון עבודה זרה אַוועקגעגעבן זיי אין דער האַנט. אין דער רגע איז ער אַרויס פון קדשי־קדשים ווי אַ פייערדיקער לייב.
— אָט דאָס איז די טומאה! — האָט אויסגעשריגן דער נביא זכריה דערביי, טייטנדיק אויף אים מיטן פינגער — אָט דער איז דער יצר הרע פון עבודה זרה!
האָבן יידן זיך אַ וואָרף געטאָן און אים געכאַפּט, און בשעת מעשה האָט זיך אויסגעריסן ביי אים איין האָר. האָט ער אַרויסגעלאָזט אַזאַ שרעקלעכן געשריי, אַז די ערד איז פאַרציטערט געוואָרן אַרום און אַרום אויף פיר הונדערט מייל. האָט מען זיך דערשראָקן, טאָמער חלילה האָט מען אויף אים פון אויבן באַקומען רחמנות און מע וויל אים באַפרייען. האָט זיי דער נביא געראָטן: וואַרפט אים אַריין אין אַ בלייענעם קעסל און פאַרלייט גוט דאָס דעקל מיט בליי, ווייל בליי שלינגט איין דאָס קול און לאָזט עס ניט דורך.
דערזען אַז ס׳איז אַזאַ צייט פון גוטן ווילן האָבן זיי זיך מישב, ↰ 32 געווען: לאָמיר איצט אויסבעטן אַ מפּלה אויך אויף דעם יצר הרע פון יענער עבירה 1). האָבן זיי גאָט געבעטן, איז ער אויך איבערגעגעבן געוואָרן זיי אין דער האַנט. מ׳האָט זיי אָבער געוואָרנט: נעמט אייך אין זין, אַז אויב איר וועט דעם אומברענגען, וועט די וועלט אונטערגיין. האָט מען אים געהאַלטן פאַרשפּאַרט דריי טעג. האָט מען געזוכט אַ פריש איי פון דעם טאָג אין גאַנץ ארץ ישראל און ס׳איז ניט געווען צו באַקומען 2). דערזען דאָס, האָט מען זיך שוין פאַרקלערט: וואָס טוט מען מיט אים? טויטן אים — וועט די גאַנצע וועלט אונטערגיין; בעטן אויף האַלב, ער זאָל האָבן שליטה נאָר צווישן אייגענע מאַן־און־ווייב? ווייסן מיר, אַז אַ זאַך אויף העלפט גיט מען ניט פונעם הימל.
האָט מען גענומען און אים בלינד געמאַכט. און דאָס האָט געהאָלפן, אַז פון דעמאָלט אָן האָט ער אים־ווייניקסטן קיין שליטה ניט צווישן נאָענטע קרובים.
אַ פּערסישער מאַגיר, וואָס גלויבן אַז אויף דער וועלט הערשן צוויי געטער, דער גאָט פון גוטס (אורמוזד) און דער גאָט פון — שלעכטס (אהרימן), האָט אַמאָל געזאָגט דעם אידישן געלערטן אמימר:
— די אייבערשטע העלפט פון דיין גוף, די בעסערע און שענערע, געהער צו אורמוזד, די אונטערשטע העלפט אָבער, וואָס דינט פאַר די געמיינערע באַדערפענישן, געהער צו אהרימן.
— אויב אַזוי — זאָגט אים אמימר, ווי קומט עס וואָס אהרימן לאָזט אורמוזד׳ן דורכפירן דאָס אומריינע וואַסער דורך זיין באַזיץ?
וויל גאָט זיך נוקם זיין אין אַ פאָלק, איז ער זיך פריער נוקם אין אין זיינע געטער.
אַז מען שלאָגט די געצן — שרעקן זיך די פּריסטער.
אינעם נאָמען פון ר׳ מני האָט מען געזאָגט:
עס וועט קומען אַ צייט, אַז די עבודה זרה וועט אַליין קומען און מיט פאַראַכטונג אַ שפּיי טון די דינער אירע אין פּנים — און פאַרשווינדן ווערן פון דער וועלט.
1) די עבירה פון זנות. 2) ווייל ס׳האָט אָפּגענומען ביי יעדן די תאווה און אַפילו הינער האָבן זיך אויפגעהערט צולייגן.
בר־קפרא האָט אַמאָל געזאָגט אין זיין דרשה:
— איין קליינער זאַץ איז פאַראַן אין דער ביבל, אינגאַנצן פון דריי ווערטער, און ער דריקט אויס דאָס וויכטיקסטע און דעם עיקר תוך פון דער גאַנצער תורה. דאָס זענען די ווערטער פונעם פּסוק אין משלי: „אין אַלע דיינע וועגן ווייס אים” — וואָס דו זאָלסט ניט אונטערנעמען, וואוהין דו זאָלסט זיך ניט קערן און ווענדן, האָב אַלץ אין זינען אים, גאָט ברוך הוא.
„האָב ליב גאָט דיין גאָט מיט דיין גאַנצן האַרצן, מיט דיין גאַנצער זעל און מיט דיין גאַנצן האָב” — דער גרויסער ר׳ אליעזר האָט אויף דעם געזאָגט:
— מענטשן זענען פאַראַן אַלערליי: איינעם איז די נשמה טייערער פון זיין האָב און גוטס — אים איז געזאָגט געוואָרן: „מיט דיין גאַנצער זעל”. אַ אַנדערן פאַרקערט: דאָס טייערסטע אויף דער וועלט איז ביי אים זיין האָב און גוטס — און אים איז געזאָגט געוואָרן: „מיט דיין גאַנצן האָב”.
ר׳ עקיבא האָט געזאָגט: „מיט דיין גאַנצער זעל” — אַפילו בשעת אַוועקנעמען ביי דיר די נשמה. בן עזאי זאָגט: מיטן גאַנצן תמצית פון דיין נשמה.
„מיט דיין גאַנצן האַרצן” — מיט ביידע זייטן פון דיין האַרצן: מיטן יצר טוב און מיטן יצר הרע. אַפילו שלעכטע ליידנשאַפטן פונעם מענטשן, ווי כעס, נקמה א. ד. ג., קענען אויך אויסגענוצט ווערן צו גוטע צוועקן.
ר׳ יוסי פלעגט זאָגן:
— וואָס דו זאָלסט ניט טון, זאָל זיין דיין כונה לשם שמים, צוליב גאָט ברוך הוא.
„די טרייהייט פון דיין לעבנס־צייטן — זאָגט דער נביא — זאָל זיין אַן דערווערבונג פון הילף, קלוגשאַפט און וויסן; די פאָרכטיקייט פאַר גאָט איז זיין שאַצקאַמער”. —
רבא האָט אויף דעם געזאָגט:
— אויף יענער וועלט, ווען מען פירט אַריין דעם מענטשן פאַרן אייבערשטן געריכט, פרעגט מען אים: האָסטו טריי און ערלעך געפירט דיינע געשעפטן? האָסטו באַשטימטע צייטן אָפּגעשטעלט אויף צו לערנען תורה? האָסטו אַ פאַמיליען־לעבן געפירט און קינדער אויף דער וועלט געבראַכט? האָסטו אַרויסגעקוקט אויף אַ ישועה? האָסטו זיך געשאַרפט אין וויסנשאַפט? האָסטו עפּעס אויפגעטאָן אַליין מיט דיין אייגענעם פאַרשטאַנד?
און ווען אַפילו דאָס אַלעס יאָ, דאָך אויב „גאָטספאָרכטיקייט איז געווען זיין שאַץ” איז גוט, אויב ניט — טויג אינגאַנצן ניט. ווי יענער וואָס האָט געהייסן זיין דינער: לייג אָפּ אין מאַגאַזין אַ פירל ווייץ. האָט ער אָפּגעלייגט. פרעגט אים דערנאָך דער ווירט: האָסטו ניט פאַרגעסן אַהין אַריינשיטן אויך אַ טאָפּ חומטין 1)?
1) אַ מיטל אָפּצוהיטן תבואה פון קאַליע ווערן.
— ניין — ענטפערט — ער.
— אויב אַזוי — זאָגט דער ווירט — וואָלט פיל גלייכער געווען, זאָלסט די ווייץ אויך ניט געווען דאָרט אָפּלייגן.
ר׳ חנינא האָט געזאָגט:
— אַלעס איז ביי גאָט אין די הענט, אויסער גאָטספאָרכטיקייט, ווי דער פּסוק זאָגט: „און איצט ישראל, וואָס פאַרלאַנגט גאָט דיין גאָט פון דיר? נאָר פאָרכטן זיך פאַר גאָט”. — איז דען גאָטספאָרכטיקייט עפּעס אַ קלייניקייט? ר׳ חנינא האָט דאָך געזאָגט אין ר׳ שמעון בן יוחאי׳ס נאָמען, אַז גאָט פאַרמאָגט אין זיין שאַצקאַמער נאָר דעם אוצר פון גאָטספאָרכטיקייט?
— יאָ, ביי משהן איז עס ווירקלעך אַ קלייניקייט, ווי אַ שטייגער, אַז מע בעט ביי איינעם אַ גרויסע כלי, ווי באַלד ער פאַרמאָגט נאָר, איז עס ביי אים אַ קלייניקייט, בעט מען ביי אים אַ קליינע כלי אַפילו, נאָר אויב ער פאַרמאָגט ניט, איז עס ביי אים אַ גרויסע זאַך.
פון רב חונא׳ס נאָמען האָט מען געזאָגט:
— אַ מענטש, וואָס פאַרמאָגט גאָטספאָרכטיקייט, זענען די ווערטער זיינע אָנגענומען.
„האָב פאָרכט פאַר גאָט... דען דאָס איז גאָר דער מענטש” — זאָגט קהלת. אויף דעם האָט ר׳ אלעזר געזאָגט: די גאַנצע וועלט איז באַשאַפן געוואָרן נאָר צוליב אַזעלכן איינעם.
ר׳ אבא בר כהנא האָט געזאָגט: אַזעלכער איינער באַשטייט אַקעגן אַ גאַנצער וועלט.
ר׳ שמעון בר עזאי זאָגט: די גאַנצע וועלט איז באַשאַפן געוואָרן נאָר כדי צו דינען אַלס געזעלשאַפטס־קרייז פאַר אַזעלכן איינעם.
ר׳ חנא בר פּפּא האָט געזאָגט:
— ווען אויף איינעם ליגט אויסגעגאָסן אַ חן (סימפּאַטיע), איז ער געוויס אַ גאָטספאָרכטיקער, ווי דער פּסוק אין תהלים זאָגט: „גאָטס גנאָד פון אייביק ביז אייביק (רוט) אויף זיינע פאָרכטיקע”.
אַז ר׳ יוחנן בן זכאי איז געלעגן קראַנק זענען געקומען זיינע תלמידים אים באַזוכן. זאָגן זיי אים:
— רבי אונדזערער, בענטש אונדז.
— איך ווינטש אייך — זאָגט ער זיי — איר זאָלט פאָרכטן פאַר גאָט ווי פאַר אַ מענטשן.
— רבי, ניט מער?
— הלוואַי אַזוי פיל. איר קענט עס וויסן דערפון, אַז אַ מענטש באַגייט אַ פאַרברעכן טראַכט ער ביי זיך: קיין מענטש זאָל מיך ניט זען.
ר׳ שמעון בן אלעזר זאָגט: פאָלגן גאָט אויס ליבע שטייט העכער ווי פאָלגן אים אויס פאָרכט.
יהודה בן תימא פלעגט זאָגן:
— זיי דרייסט ווי אַ טיגער, לייכט ווי אַ אָדלער, פלינק ווי אַ הירש און שטאַרק ווי אַ לייב אויסצופירן דעם ווילן פון דיין פאָטער אין הימל.
ר׳ יהודה הנשיא פלעגט זאָגן:
טוסטו זיין (גאָטס) ווילן זיין דיין ווילן 1), האָסטו נישט געטאָן זיין ווילן לויט זיין ווילן; טוסטו אָבער זיין ווילן קעגן דיין ווילן, האָסטו געטאָן זיין ווילן לויט זיין ווילן. ווילסטו ניט אָפּשטאַרבן, שטאַרב אָפּ פאַרן שטאַרבן 2); ווילסטו לעבן — לעב ניט פאַר דיין לעבן. בעסער פאַר דיר צו שטאַרבן אויף דער וועלט, וואו דו מוזט שטאַרבן, איידער צו זיין אַ געשטאָרבענער אויף יענער וועלט, וואו, אַז דו ווילסט, קענסטו קיינמאָל ניט שטאַרבן.
1) ד.ה. דו פּאַסט צו גאָטס ווילן צו דיינע זייטיקע פּניות און באַגערן. 2) ניט נאָכגעבן דעם גוף אויף דער וועלט.
זיין זון ר׳ גמליאל פלעגט זאָגן:
— טו זיין (גאָטס) ווילן ווי דיין אייגענעם ווילן 1), ער זאָל דערפאַר טון דיין ווילן ווי זיין ווילן; מאַך אַוועק דיין ווילן צוליב זיין ווילן, ער זאָל דערפאַר אַוועקמאַכן יענעמס ווילן צוליב דיין ווילן. ווער עס פאַרבייגט זיין אייגענעם כבוד צוליב גרויס מאַכן גאָטס כבוד — ברענגט ער דערצו, אַז עס ווערט דער גרויסט סיי גאָטס סיי זיין אייגענער כבוד; ווער אָבער, פאַרקערט, פאַרבייגט גאָטס כבוד צוליב זיין אייגענעם — ווערט דער כבוד פון גאָט ניט אָנגערירט, און זיין אייגענער כבוד ווערט געמינערט.
„האַלט ערלעך גאָט פון דיין האָב” — פון דעם גוט וואָס גאָט האָט דיך באַשאָנקען: פאַרמאָגסטו שיינהייט, נוץ אויס דיין שיינהייט פאַר גאָטס לויב; פאַרמאָגסטו אַ שיינע שטימע, נוץ זי אויס אין שול צו גאָטס ערע.
ר׳ יוחנן בן ברוקה זאָגט:
— ווער עס פאַרשאַפט אומ׳כבוד גאָטס נאָמען פאַרבאָרגענערהייט באַקומט דערפאַר זיין שטראָף עפנטלעך, אַן אונטערשייד, צי האָט ער געבראַכט צו חילול השם אוממיסטן צי אומגערן.
„ניט פאַראַן קיין קלוגשאַפט, קיין פאַרשטאַנד און קיין ראָט קעגן גאָט” — דער פּסוק אין משלי קען אויסגעטייטשט ווערן אַזוי: דאָרט וואו עס האַנדלט זיך אין פאַרהיטן דעם כבוד פון גאָטס נאָמען, לייגט מען אויף קיינעם קיין כבוד, אַפילו אויף אַ רבין.
1) ד. ה. מיט דעם זעלבן חשק.
אינעם נאָמען פון ר׳ שמעון בן יהוצדק האָט מען געזאָגט:
— גלייכער ס׳זאָל אויסגעריסן ווערן אַ אות פון דער תורה 1) אויב נאָר גאָטס נאָמען ווערט דורכדעם געהייליקט פאַר דער וועלט.
פאַלשע לייט, צבועקעס, וואָס ברענגען צו הלול השם, זאָל מען אַרויסשטעלן פאַר דער גאַנצער וועלט ווער זיי זענען.
וועלכעס קען שוין הייסן חילול השם?
— אַז אַזאַ מענטש ווי איך — זאָגט רב — קויפט ביים קצב פלייש, קאָן באַצאָלן אויפן שטעל און ציט־אָפּ, הייסט דאָס שוין חילול השם.
אביי אַז ער פלעגט קויפן פלייש אין אַ קלייט פון צוויי שותפים, פלעגט ער צאָלן ביידן דאָס גאַנצע געלט, כדי איינער פון זיי זאָל ניט מיינען, אַז ער ציט־אָפּ; שפּעטער, ווען זיי זענען געווען צוזאַמען, האָט ער זיך מיט זיי צערעכנט.
איינער פון ר׳ ינאי׳ס שולע האָט געזאָגט:
— חילול השם הייסט דאָס, אַז די חברים פון איינעם מוזן זיך שעמען צוליב עפּעס אַ קלאַנג וואָס איז אַרויס אויף אים.
גענוג — האָט רב נחמן בר יצחק געזאָגט — אַז ליימען זאָגן אויף יענעם: לאָז אים גאָט מוחל זיין!
ווער ס׳האָט באַגאַנגען אַ זינד פון חילול השם העלפט אים ניט קיין תשובה אויף אָפּצולייגן זיין שטראָף, ניט יום כיפּור אויף פאַרגעבן זיינע זינד און ניט קיין יסורים אויף אויסצולייטערן אים; נאָר די אַלע זאַכן צוזאַמען שטופּן אָפּ זיין שטראָף און ערשט דער טויט לייטערט אים.
1) ד. ה. צייטווייליק איבערטרעטן אַ געזעץ.
אַלע תרי״ג (613) מצוות וואָס זענען משהן געזאָגט געוואָרן, האָט דער נביא חבקוק אַוועקגעשטעלט אויף איין יסוד: אויף גלויבן. „דער צדיק — זאָגט ער — לעבט אין זיין גלויבן”.
„ליבן גאָט אייער גאָט און דינען אים מיט אייער גאַנצן האַרצן” — ווערט געזאָגט אין דער תורה. וואָס הייסט דינען גאָט מיטן האַרצן? תפילה טון.
„מקווה ישראל ה׳”, זאָגט דער משורר אין תהלים. דאָס וואָרט „מקווה”, אויסער דער באַדייטונג „האָפענונג”, האָט נאָך אַ זין: „וואַסער־באַסיין”, וועלכער רייניקט אומריינע און פרישט זיי אָפּ. אַזוי אויך די יידן ווערן גערייניקט און אָפּגעפרישט דורך זייער לעבעדיקן גאָט, דורכן האָפן און תפילה טון צו אים. און דעם קוואַל דאַרף מען ניט גיין זוכן ערגעץ־וואו, ער געפינט זיך אומעטום: האָט אַ ייד אַ שול אין שטאָט, גיסט ער אויס דאָס האַרץ פאַר גאָט אין שול; קען ער ניט גיין אין שול, מעג ער זיך ווענדן צו גאָט אויפן פרייען פעלד; קען ער ניט אַרויסגיין אויפן פרייען פעלד, מאַכט ניט אויס זיך שטעלן פאַר גאָט אין אַ ווינקל ביי זיך אין שטוב; קען ער דאָס אויך ניט, מעג ער תפילה טון אין דער שטיל, אַפילו ליגנדיק אויפן בעט; קען ער ניט אַפילו רירן מיט די ליפּן, איז גענוג אַז ער טוט תפילה אין האַרצן.
ר׳ יוסי בר חנינא זאָגט: דאָס דאַוונען (תפילה טון פאַר גאָט) איז געווען איינגעפירט אין פאָלק נאָך גאָר אין די אַלטע צייטן פון די ערשטע אבות אונדזערע. ר׳ יהושע בן לוי זאָגט: דאָס דאַוונען איז ערשט שפּעטער איינגעפירט געוואָרן אַנשטאָט דעם קרבן תמיד וואָס איז טאָג־טעגלעך אין דער פרי און פאַרנאַכט געבראַכט געוואָרן אין בית המקדש.
ר׳ אלעזר זאָגט: תפילה שטייט פיל העכער פון קרבנות.
ר׳ אלעזר זאָגט ווידער: זינט דער בית המקדש איז חרוב געוואָרן זענען פאַרשלאָסן געוואָרן אין הימל די טויערן פון תפילה, ווי עס ווערט געזאָגט אין דער קלאָג־ליד: „ווען אויך איך רוף און שריי — האָט ער פאַרשפּאַרט די הימל־טויערן פאַר מיין תפילה”. די טויערן אָבער פון טרערן זענען קיינמאָל ניט פאַרשלאָסן, ווי דער משורר אין תהלים זאָגט: „הער, גאָט. מיין געבעט... אויף מיין טרער וועסטו ניט אָפּשווייגן”.
ר׳ יהושע בן לוי זאָגט: קיין אייזערנע וואַנט קען נישט אָפּטיילן יידן פון זייער פאָטער אין הימל.
געבענטשט זאָלט איר מיר זיין — זאָגט גאָט — געבענטשט זאָל איר מיר זיין, הימלען און באַגלייטער פון מיין מרכבה 1), דערפאַר וואָס איר וועט זאָגן און דערציילן מיינע קינדער וואָס איך טו בשעת זיי הייליקן מיין כבוד און רופן אויס: „הייליק, הייליק, הייליק”. לערנט זיי, אַז זייערע אויגן זאָלן געהויבן זיין צום הימל און זאָלן זיך אויפהייבן אין דער הויך, ווייל קיין זאַך אין דער וועלט פאַרשאַפט מיר ניט אַזאַ פאַרגעניגן ווי די רגע ווען זייערע אויגן זענען געהויבן צום הימל און מיינע אויגן קוקן זיך איין אין זייערע אויגן. אין יענער צייט נעם איך אַרום דאָס געשטאַלט פון יעקבן ↰ 42 אין מיין הימל־טראָן און האַלדז אים און קוש אים און דערמאָן זיך אויף זייער גלות און איך דערנעענטער די שעה פון זייער אויסלייזונג.
1) גאָטס רייטוואָגן, שטול.
ר׳ חמא בר חנינא זאָגט:
בעט אַ מענטש ביי גאָט און ווערט ניט געענטפערט באַלד, זאָל ער ניט ווערן אָפּהענטיק, נאָר בעטן נאָכאַמאָל און ווידער אַמאָל, ווי עס ווערט געזאָגט אין תהלים:
- „האָף צו גאָט
- שטאַרק און פעסט זאָל זיין דיין האַרץ
- און האָף (ווידער) צו גאָט”.
אַפילו ווען די שאַרפע שווערד ליגט אויפן מענטשנס האַלדז, זאָל ער זיך ניט אָפּזאָגן פון תפילה טון.
ר׳ יודן זאָגט:
— אַ מענטש ווען עס קומט אויף אים אַן אומגליק און ער האָט אַ פּאַטראָן (אַ באַשיצער) קען ער ניט אַריינגיין צו אים גלייך, נאָר ער מוז זיך שטעלן ביי אים פאַר דער טיר, רופט אַרויס איינעם פון די הויז־באַדינער און זאָגט אים: גיי מעלדע דעם הער, אַז יענער און יענער שטייט פאַר דער טיר. גאָט ברוך הוא אָבער איז ניט אַזוי: קומט אויף אַ מענטשן אַן אומגליק, דאַרף ער ניט אָנקומען צו קיין פאַרמיטלער, ניט צו מלאך מיכאל און ניט צו מלאך גבריאל; גענוג ער זאָל גאָט אַ רוף טון ענטפערט ער אים באַלד.
די תפילה פון צדיקים מאַכט אין הימל אַ איבערקערעניש: גאָטס צאָרן ווערט דורך איר פאַרוואַנדלט אין רחמנות.
טרעפט זיך עמעצן אַן אומגליק, זאָל ער פון דעם צו וויסן גיבן פריינד און באַקאַנטע; זאָלן לייט פאַר אים גאָט בעטן.
ווער עס קען פאַר עמעצן גאָט בעטן און טוט עס ניט — באַגייט ער אַ זינד. און אויב יענער וואָס נייטיקט זיך אין דער תפילה איז אַ תלמיד חכם, דאַרף מען בעטן פאַר אים מיט די לעצטע כחות.
ווער עס בעט פאַר יענעם וועגן עפּעס און ער אַליין נייטיקט זיך אין דער זעלבער זאַך, ווערט ער פריער געהאָלפן.
ווען דו גייסט אַרויס אין וועג — באַראָט זיך פריער מיט דיין באַשעפער און גיי. וואָס הייסט באַראָטן זיך? בעט פאַר אים די וועגס־תפילה.
אַז דו דאַווענסט, זאָל דיין תפילה ניט זיין אַן אויסגעשטעלטע, נאָר האַרציקע ווערטער און געבעט פאַר גאָט ברוך הוא.
— וואָס הייסט אויסגעשטעלט? פון ר׳ אושעיא׳ס נאָמען זאָגט מען: אויב דאָס דאַוונען איז אים שווער ווי אַ משא, אַ מין אָפּקומעניש. אַנדערע זאָגן: אויב די ווערטער ווערן ניט געזאָגט האַרציק. רבה און רב יוסף זאָגן ביידע: אויב ער קען ניט אין דער תפילה אויפטאָן עפּעס נייעס. ↰ 44 אבא און ר׳ חנינא זאָגן ביידע: אויב ער דאַווענט ניט אין דער רעכטער צייט, ביים אויף־ און־ אונטערגיין פון דער זון.
ביי דער מלחמה מיט עמלק׳ן שטייט: „אַז משה האָט אויפגעהויבן זיין האַנט, האָבן יידן בייגעקומען”, און אַז ער האָט אַראָפּגעלאָזט די האַנט, האָט עמלק בייגעקומען׳, — צי דען האָבן משה׳ס הענט געקענט ווירקן אויף דעם גאַנג פון דער מלחמה? נאָר דער פּסוק וויל אָט דאָס זאָגן: ווי לאַנג יידן האָבן געווענדט זייערע אויגן אַרויף אויבן און צוגעבונדן דאָס האַרץ צום פאָטער זייערסן אין הימל, האָבן זיי בייגעקומען, און אויב נישט — זענען זיי געפאַלן. דאָס זעלבע איז אויך געווען מיטן קופּערנעם שלאַנג, וואָס משה האָט געמאַכט אין דער מדבר און אויפגעהאַנגען אים אין דער הויך, אַז יעדער געביסענער פון די גיפטיקע שלענג זאָל אויפהייבן אַהין די אויגן, וועט ער געהיילט ווערן. קען דען אַ קופּערנער שלאַנג טויטן אָדער היילן? — נאָר ווען יידן האָבן געווענדט זייערע אויגן אַרויף און צוגעבונדן דאָס האַרץ צום פאָטער זייערן אין הימל, זענען זיי געהיילט געוואָרן, און אויב ניט — זענען זיי אומגעקומען.
ר׳ חייא און ר׳ שמעון בר רבי זענען געזעסן צוזאַמען און געשמועסט וועגן תפילה. רופט זיך אָן איינער: ביים דאַוונען דאַרף מען אַראָפּלאָזן די אויגן אַראָפּ צו דער ערד. זאָגט דער אַנדערער: גלייכער אַרויף צום הימל. דערווייל איז געקומען צו זיי ר׳ ישמעאל ברבי יוסי, פרעגט ער זיי: וועגן וואָס שמועסט איר? דערציילן זיי אים. רופט ער זיך אָן: מיין פאָטער האָט אַזוי געזאָגט: ביים דאַוונען דאַרף מען אַראָפּלאָזן די אויגן אַראָפּ און ווענדן דאָס האַרץ אַרויף.
ר׳ אמי זאָגט: דעם מענטשנס תפילה ווערט נאָר דעמאָלט אָנגענומען, ווען ער האַלט ביים בעטן די נשמה אין דער האַנט 1), ווי דער פּסוק זאָגט: „לאָמיר אויפהייבן אונדזער האַרץ מיט די הענט צו גאָט אין הימל”.
ר׳ חנניה זאָגט: דעם מענטשנס תפילה ווערט נאָר דעמאָלט אָנגענומען — ווען זי גייט אַרויס פון אַ ווייך, ניט פאַרשטיינערט האַרץ.
1) ד. ה. ווען ער לייגט אין איר אַריין זיין גאַנצע נשמה.
ר׳ אלעזר פלעגט פריער שענקען אַ נדבה אַן אָרעמאַן און נאָכדעם זיך שטעלן תפילה טון פאַר גאָט.
מע זאָל ניט איבערגיין גלייך צום דאַוונען ניט פון טרויערקייט, ניט פון פוילקייט, ניט פון לאַכעריי, ניט פון שמועסעריי, ניט פון לייכטזיניקייט און ניט פון פּוסטע ווערטער, נאָר פון אַ פרומער פרייד 1).
אַ מענטש דאַרף זיך שטעלן דאַוונען נאָר מיט ערנסטע שטימונג.
די פאַרצייטיקע חסידים פלעגן זיך פריער אַ געוויסע צייט פאַרטיפן אין זיך און דערנאָך זיך נעמען דאַוונען, כדי דאָס גאַנצע האַרץ זאָל זיין געווענדט צו גאָט, ווי עס ווערט געזאָגט אין פּסוק: „בוקט זיך צו גאָט מיט הייליקער ערע־פורכט”; און אין אַ אַנדער אָרט ווידער: „דינט גאָט מיט פורכט און פרייט זיך מיט ציטערניש” — אינערלעכע פרייד מיט ציטערניש צוזאַמען.
אין נאָמען ר׳ שמעון חסידא האָט מען געזאָגט:
— ביים דאַוונען זאָל זיך דער מענטש פאָרשטעלן אַז די שכינה איז קעגן אים, ווי אין פּסוק שטייט: „איך שטעל זיך פאַר גאָט קעגן מיר שטענדיק”.
1) אַ פרייד וואָס קומט נאָכדעם וואָס מע האָט געטאָן אַ גוטע זאַך.
די תפילה זאָל מען ניט איבעררייסן. אַפילו ווען דער קיניג באַגריסט, זאָל מען דערויף ניט ענטפערן; און ווען אַפילו אַ שלאַנג פאַרוויקלט זיך אַרום דער פיס, זאָל מען ניט איבעררייסן.
איינער אַ פרומער מאַן האָט געהאַלטן אינמיטן תפילה אין וועג. קומט אים אַנטקעגן איינער פון די גרויסע רוימישע שרים און באַגריסט אים. ענטפערט יענער אים ניט. וואַרט דער שר ביז דער פרומער מאַן פאַרענדיקט זיין תפילה. ווי נאָר ער האָט פאַרענדיקט רופט זיך צו אים אָן דער שר:
— דו גראָבער יונג! האָט דען ניט אייער תורה אייך אָנגעזאָגט וויפיל מאָל, אַז אַ מענטש מוז זיין געוואָרנט און שטאַרק שוינען זיין אייגן לעבן. ווי האָסטו געוואַגט מיר ניט צו ענטפערן אויף מיין באַגריסונג? ווען אַ שטייגער איך זאָל אָפּהאַקן דיין קאָפּ מיט אַ שווערד, ווער וואָלט זיך פאַר דיר איינגעשטעלט?
— וואַרט וועל איך דיך באַרואיקן — זאָגט יענער — ווען דו זאָלסט שטיין פאַר אַ קיניג אַ בשר ודם און עמעצער זאָל קומען אין דער צייט דיך באַגריסן, ווילסטו אים דעמאָלט געענטפערט?
— געוויס ניין.
— און אויב יאָ, וואָס וואָלט מען דיר דערפאַר געטאָן?
— מע וואָלט מיך געקעפּט.
— איצט זאָג אַליין: אויב דו, שטייענדיק, פאַר אַ קיניג אַ בשר ודם, וואָס היינט איז ער דאָ און מאָרגן אין קבר, ווילסטו זיך אַזוי אויפגעפירט, בפרט איך, וואָס בין געשטאַנען פאַרן קיניג איבער אַלע קיניגן, גאָט ברוך הוא, וואָס לעבט אייביק, ווי דאַרף איך מיך אויפפירן?
מיט די ווערטער האָט זיך דער שר פולשטענדיק באַפרידיקט און האָט אָפּגעלאָזט דעם פרומען מאַן בשלום.
אינעם נאָמען פון ר׳ מאיר׳ן גיט מען איבער:
— אַ מענטש זאָל תמיד רעדן קורץ פאַר גאָט, ווי עס זאָגט קהלת ↰ 47 „זאָלסט ניט זיין איבעראיילט מיט דיין מויל... אַרויסצולאָזן ווערטער פאַר גאָט, דעריבער זאָלן דיינע ווערטער זיין ווינציק”.
איינער האָט זיך געשטעלט דאַוונען פאַרן עמוד און דערביי איז געווען ר׳ חנינא. הייבט יענער אָן די תפילה מיט די ווערטער: „דער גאָט דער גרויסער, העלדישער, פאָרכטיקער, מעכטיקער, קרעפטיקער, שרעקלעכער, שטאַרקער און פעסטער, ווירקלעכער און געפערלעכער...” וואַרט ר׳ חנינא ביז יענער האָט געענדיקט. ווי יענער האָט געענדיקט זאָגט ער אים:
— ס׳האָט זיך שוין, אַפּנים, ביי דיר אויסגעלאָזט אַלע שבחים פונעם רבונו של עולם? צו וואָס אַזויפיל? אַפילו די ערשטע דריי וואָס מיר זאָגן אַלע, ווען ניט משה רבינו זאָל זיך געווען מיט זיי באַנוצן אין דער תורה און די אנשי כנסת הגדולה 1) זאָלן עס נישט איינפירן אין דאַוונען, וואָלטן מיר אויך נישט געמעגט זיך מיט זיי באַנוצן, און דו זאָגסט און זאָגסט אַזויפיל! ווי מיינסטו, אַ קיניג, אַ שטייגער, וואָס פאַרמאָגט מילי־מיליאָנען גאָלדענע רענדלעך, און מע רימט אים מיט זילבערנע — איז עס דען ניט פאַר אים קיין אומכבוד?!
איינער אַ תלמיד האָט זיך געשטעלט דאַוונען פאַרן עמוד און דערביי איז געווען ר׳ אליעזר, האָט יענער צופיל מאריך געווען. רופן זיך אָן די איבעריקע תלמידים:
— רבי, וואָס פאַר אַ מאריך דאָס איז!
— מאָלט אייך משה — זאָגט זיי ר׳ אליעזר — איז געווען אַ גרעסערער מאריך. ער דערציילט אויף זיך: „איך האָב געבעטן פאַר גאָט די פערציק טאָג און פערציק נעכט”.
ווידער אַמאָל האָט איינער, אַ צווייטער תלמיד זיינער, זיך געשטעלט דאַוונען פאַרן עמוד און האָט, פאַרקערט, די תפילה צופיל פאַרקירצט, רופן זיך אָן די איבעריקע תלמידים:
רבי, ווי קורץ דער מאַכט עס!
מאָלט אייך משה — זאָגט זיי ר׳ אליעזר — האָט נאָך קורצער געמאַכט. ווען זיין שוועסטער מרים איז קראַנק געוואָרן און משה האָט פאַר איר גאָט געבעטן, איז די תפילה זיינע באַשטאַנען אין גאַנצן פון די געציילטע ווערטער: „אָ גאָט, הייל דאָך זי!”.
1) די לייט פון גרויסן פאַרזאַמלונג, געגרינדעט דורך עזרא און נחמי.
רבא האָט געזען אַז ביי רב המנונא דויערט לאַנג דאָס דאַוונען, רופט ער זיך אָן:
— מע לייגט אַוועק אייביק לעבן און מען פאַרנעמט זיך מיט צייטווייליק לעבן 1).
רב המנונא אָבער מיינט: די צייט פון תורה איז באַזונדער און די צייט פון תפילה באַזונדער.
אנטונינוס דער רוימישער קיניג האָט אַמאָל געפרעגט ביי זיין גוטן פריינד רבינו הקדוש (ר׳ יהודה הנשיא):
— ווי מיינסטו, מע מעג בעטן פאַר גאָט אַלע וויילע?
— ניין, מע טאָר נישט — ענטפערט ער:
— פאַר וואָס?
— כדי מע זאָל זיך ניט האַלטן צו היימיש מיט גאָט.
איז אנטונינוס׳ן דער ענטפער ניט געפעלן, וואָס־זשע טוט רבינו הקדוש? קומט ער אויף מאָרגן צום קיניג גאַנץ פרי און באַגריסט אים: „פריד דעם קיסר!” אין אַ וויילע אַרום קומט ער ווייטער מיט אַ באַגריסונג: „פריד דעם אימפּעראַטאָר”! און נאָך שפּעטער מיט אַ וויילע איז ער ווידער דאָ מיט אַ באַגריסונג: „פריד דיר, קיניג!”
— וואָס זאָל דאָס באַדייטן? — פרעגט אים אנטונינוס ברוגזדיק — עפּעס קומט אויס ווי דו ווילסט באַליידיקן די קיניגלעכע מאַכט.
— הער זיך אַליין איין — זאָגט אים רבי — אין דעם וואָס דו רעדסט: אויב דו, אַ בשר ודם, געפינסט זיך באַליידיקט ווען מען באַגריסט דיך צו אָפט, היינט ווי זאָל אַזאַ זאַך ניט ווערן צו לאַסט דעם קיניג איבער אַלע קיניגן!
„יעדער אָטעם זאָל לויבן גאָט” — זאָגט דוד המלך אין תהלים — פאַר יעדן אָטעם באַזונדער, וואָס דער מענטש אָטעמט, קומט ער זאָל לויבן גאָט.
1) ד. ה. אַנשטאָט לערנען תורה פאַרברענגט מען צופיל צייט צו בעטן אויף צייטווייליקע־זאַכן.
אין נאָמען פון ר׳ יוחנן זאָגט מען:
— תפילה טון זאָל אַ מענטש נאָר אין אַ הויז וואָס האָט פענצטער, ווי ביי דניאל׳ן שטייט: בשעת ער האָט געבעטן „זענען די פענצטער פון זיין אייבערשטיבל געווען אָפן קעגן ירושלים”.
ווער עס געפינט זיך אין חוץ לארץ; זאָל ער ווענדן דאָס האַרץ אין דער ריכטונג פון ארץ ישראל; אין ארץ ישראל — אין דער ריכטונג פון ירושלים; אין ירושלים — אין דער ריכטונג פון בית המקדש; אין בית המקדש — אין דער ריכטונג פון קדשי־קדשים. קומט אויס, אַז דער וואָס געפינט זיך אין מזרח, דאַרף קערן דאָס געזיכט קיין מערב; אין מערב — קיין מזרח; אין דרום — קיין צפון און אין צפון — קיין דרום. אַזוי אַרום ווענדן אַלע יידן דאָס האַרץ אין איין אָרט.
ווער עס דערקענט נישט ריכטיק די זייטן פון דער וועלט, דאַרף ער ווענדן דאָס האַרץ אַרויף צום פאָטער זיינעם אין הימל.
רב המנונא זאָגט:
— ווען חנה האָט תפילה געטאָן פאַר גאָט, ווערט דערציילט וועגן דעם: „זי האָט גערעדט מיט האַרץ, נאָר די ליפּן אירע האָבן זיך באַוועגט און איר שטימע האָט זיך ניט געלאָזט הערן”. די אַלע פּרטים זענען זייער וויכטיק, זיך אָפּצולערנען, ווי אַ מענטש דאַרף תפילה טון פאַר גאָט: מיט האַרץ, שאַרף אויסרעדן יעדער וואָרט און ניט אויפהייבן דאָס קול. שרייען בשעת תפילה טון פאַר גאָט, שרייט אַ קליינגלויביקער, אַ פאַלשער נביא.
שטעלן זיך דאַוונען זאָל מען נאָר מיט אַ קלאָרן געדאַנק.
ר׳ חנינא — אין דעם טאָג וואָס ער איז געווען שטאַרק אויפגעבראַכט האָט ער ניט געדאַווענט.
שמואל האָט ניט געדאַווענט אין אַ שטוב, וואו די לופט איז געווען אָנגעזאַפּט מיטן שאַרפן ריח פון ביר.
ווען מען שרייט צו גאָט אויף אַ זאַך וואָס איז שוין פאָריבער — הייסט עס אַ אומזיסטע־אומנישטע תפילה. אַ שטייגער: ווען ביי עמעצן איז דאָס ווייב שוין שוואַנגער און ער בעט: הלוואַי, רבונו של עולם, מיין ווייב זאָל געבוירן אַ יינגל; אָדער ווען איינער, גייענדיק אין וועג און דערהערנדיק גוואַלדן פון שטאָט זאָגט: הלוואַי, רבונו של עולם, זאָל עס ניט זיין פון מיין שטוב — אַזאַ מין תפילה הייסט אַ אומזיסטע אומנישטע.
דאָסזעלבע ווען איינער ברענגט אַריין פון פעלד הונדערט מעסטלעך תבואה, אָדער פון וויינגאָרטן הונדערט פעסלעך וויין און זאָגט: הלוואַי, רבונו של עולם, עס זאָל דערפון ווערן צוויי הונדערט — הייסט עס אַ נאַרישע אומזיסטע תפילה. ער מעג זיך נאָר ווינטשן: הלוואַי עס זאָל אַריין אין דעם די ברכה.
אַז מ׳איז מכבד איינעם מיט דאַוונען פאַרן עמוד דאַרף ער זיך לאָזן בעטן; אויב ניט — האָט עס אַ טעם ווי אַ געקעכץ אָן זאָלץ; אויב אָבער ער לאָזט זיך בעטן צופיל, קומט עס אויס ווי אַ געקעכץ וואָס איז איבערגעזאַלצן. ווי דען דאַרף ער זיך אויפפירן? דאָס ערשטע מאָל זאָגט מען זיך אָפּ, דאָס אַנדערע מאָל קווענקעלט מען נאָך, דאָס דריטע מאָל לאָזט מען זיך גיין צום עמוד.
אַז איינער מאַכט אַ פעלער ביים דאַוונען, איז עס אַ שלעכטער סימן פאַר אים; און אויב ער איז אַ שליח ציבור, איז עס אַ שלעכטער סימן פאַרן גאַנצן ציבור; ווייל דער שליח פון אַ מענטשן איז גלייך ווי ער אַליין.
וועגן ר׳ חנינא בן דוסא דערציילט מען: אַז ער פלעגט בעטן אויף חולים און דערנאָך פאָראויסזאָגן: דער וועט געהיילט ווערן און דער וועט גיין פון דער וועלט. און אַז מ׳האָט געפרעגט, פון וואַנען ער ווייסט עס? האָט ער געענטפערט: אויב מיין תפילה גייט אַרויס ביי מיר ↰ 51 פון מויל געלויפיק, ווייס איך אַז זי איז אָנגענומען, און אויב ניט — איז זי אָפּגעוואָרפן.
אבא־בנימין זאָגט: די תפילה פונעם מענטשן ווערט אָנגענומען נאָר אין שול, וואו דער עולם צוזאַמען לויבט גאָט מיט געזאַנג.
רבי יצחק זאָגט: דאָרט וואו צען יידן דאַוונען, געפינט זיך מיט זיי די שכינה.
אבאַזונדער מלאך איז געשטימט אויף יידישע תפילות אין די שולן; ער קלייבט זיי אויף אַלע צוזאַמען, פלעכט אויס פון זיי קרוינען, צו באַצירן מיט זיי דעם קאָפּ פון גאָט ברוך הוא.
אַז מע גייט פון שול אַרויס זאָל מען ניט מאַכן קיין ברייטע שפּאַן; אין שול אַריין אָבער איז אַ מצווה צו לויפן.
דעם כבוד פון דער שול זאָל מען ניט גרינגשטעלן; מע טאָר זי ניט אויסנוצן פאַר אייגענע באַדערפענישן, ווי אַ שטייגער: עסן אָדער טרינקען דאָרט, צו אַרומשפּאַצירן, אַריינגיין אַהין זומער אויף אָפּצוקילן זיך, ווינטער אויף אָנצואוואַרעמען זיך, מאַכן דאָרט אַ הספּד אויף אַ געוויינלעכן מענטשן. דאָרט איז אַן אָרט, אויסער דאַוונען, אויך אויף לערנען, לייענען, מספּיד זיין גרויסע לייט. מע דאַרף די שולן האַלטן ריין, ↰ 52 אויספּוצן, באַשפּריצן מיט וואַסער, זי זאָל ניט אָפּגעלאָזט ווערן און ניט פאַרוואַקסן ווערן מיט גראָז. ר׳ יהודה זאָגט: אַזוי איז נאָר ווען דער עולם קומט אַהין, אָבער ווען זיי זענען חרוב, לאָזט מען זיי באַוואַקסן ווערן מיט גראָז און מע זאָל עס ניט אויסרייסן, כדי עס זאָל אָננעמען דעם פאַרבייגייער ביים האַרצן.
ווידער זאָגט ר׳ יהודה: אַ חרוב׳ע שול זאָל מען אויך ניט גרינגשאַצן, ניט מספּיד זיין דאָרטן, ניט דרייען שטריק, ניט אויסשפּרייטן דאָרטן נעצן אויף צו טריקענען, ניט אויסלייגן אַקעגן דער זון אויפן דאַך פּירות, ניט מאַכן עס פאַר אַ דורכגאַנג צו פאַרקירצן דעם וועג. אַ הייליק אָרט, אויך אַ פאַרוויסט, בלייבט דאָך הייליק.
ווער עס שפּייט אין אַ שול איז גלייך ווי ער זאָל שפּייען, חלילה, גאָט אין פּנים.
מע טאָר ניט אויפהייבן די דעכער פון אַנדערע הייזער העכער פונעם שול־דאָך; דאָס רעדט זיך נאָר פון געוויינלעכע הייזער; טורעמס אָבער און פעסטונגען — מאַכט ניט אויס.
רב חסדא זאָגט:
מע זאָל ניט אומוואַרפן איין שול ביז מע וועט פריער ניט אויפבויען קיין נייע.
ר׳ אושעיא דער גרויסער און ר׳ חמא בר חנינא האָבן איינמאָל געשפּאַצירט פאַרביי די שיינע שולן אין לוד. רופט זיך אָן ר׳ חמא צו ר׳ אושעיא׳ן: אָ וויפיל פאַרמעגנס האָבן מיינע עלטערן אויף דעם אויסגעבראַכט! ענטפערט ר׳ אושעיא אויף דעם: וויפיל נפשות האָבן דיינע עלטערן אויף דעם אויסגעבראַכט! האָט זיך דען נישט געפונען דעמאָלט קיין מענטשן וואָס האָבן זיך פאַרנומען מיט תורה לערנען, זיי צו שטיצן מיט דעם געלט.
ר׳ אבין האָט געלאָזט מאַכן אַ שיינעם טויער פאַרן גרויסן בית המקדש. קומט צו אים ר׳ מני, באַרימט ער זיך פאַר אים און זאָגט: זע וואָס איך האָב געמאַכט!
— יאָ — רופט זיך אָן ר׳ מני — דער נביא הושע האָט שוין דערויף לאַנג געזאָגט: „ישראל האָט פאַרגעסן זיין באַשעפער און געבויט טעמפּלען!” — האָסטו דען ניט געפונען קיין מענטשן וואָס לערנען תורה, זיי צו שטיצן מיט דעם געלט!
צוויי־גרונט־נייגונגען האָט גאָט באַשאַפן אין מענטשן, איינע אַ גוטע, יצר טוב, און איינע אַ שלעכטע, יצר הרע. די גוטע — אין דער רעכטער זייט און די שלעכטע — אין דער לינקער, ווי קהלת זאָגט: „דאָס האַרץ ביים קלוגן — צו רעכטס, און דאָס האַרץ ביים נאַר — צו לינקס”.
זייער שווער איז דער יצר הרע, אַז אַפילו דער באַשעפער זיינער רופט אים אָן „שלעכטער”, ווי עס ווערט געזאָגט אין דער תורה: די גרונט־נייגונג פונעם מענטשנס האַרץ איז שלעכט פון קינדווייז אָן”. דערויף זאָגט ר׳ חייא דער גרויסער:
— אָך און וויי איז דעם טייג, וואָס דער בעקער אַליין זאָגט אויף דעם עדות, אַז עס טויג נישט.
„אין דיר זאָל ניט זיין קיין פרעמדער גאָט” — זאָגט דער משורר אין תהלים. וועלכער איז דער פרעמדער גאָט, וואָס געפינט זיך אינערלעך אינעם מענטשן? — ניט אַנדערש ווי דער יצר הרע.
רבא זאָגט: דער יצר הרע — אין אָנהייב איז ער ווי אַ פאַרבייגייער, דערנאָך ווערט ער אַ גאַסט, צום סוף ווערט ער דער בעל הבית.
ר׳ אסי זאָגט: דער יצר הרע — אין אָנהייב איז ער דין ווי אַ פאָדעם פון שפּינוועבס, צום סוף ווערט ער ווי אַ גראָבער שטריק.
אַזוי איז שוין דעם יצר הרע׳ס שטייגער: ער נאַרט זיך אַריין צוביסלעך, היינט זאָגט ער: טו דאָס, מאָרגן — טו יענס, ביז ער הייסט: גיי דין עבודה זרה. גייט מען און מע דינט.
דער יצר הרע הייבט אָן מיט זיס און ענדיקט מיט ביטער.
רב זאָגט: ווי אַ גיפטיקע פליג זיצט דער יצר הרע צווישן ביידע קעמערלעך פונעם האַרצן און פאַרגיפטעט עס ביסלעכווייז אינגאַנצן, ווי עס זאָגט קהלת: „אַ גיפטיקע פליג פאַרשטינקט און מאַכט אירן דעם געווירצסטן בוימל”.
ר׳ אמי זאָגט: דער יצר הרע גייט נישט ביי די זייטן, ער שפּאַצירט אַרום אינמיטן דער ברייטער גאַס, און ווי ער דערזעט איינעם אַ פראַנט מיט געפּוצטע אייגעלעך און פריזירטע הערעלעך און מיט אַ קאָקעטיש גענגעלע, פּאַקט ער אים און זאָגט: דער איז מיינער!
ר׳ אבין זאָגט: דער וואָס קעכלט דעם יצר הרע אין דער יוגנט, איבער אים וועט שוין דער יצר הרע בלייבן אַ אויבערהאַר אויך אויף דער עלטער.
„איר זאָלט זיך ניט נאָכגעבן נאָכן האַרצן און נאָך די אויגן” — זאָגט די תורה. דאָס אויג און דאָס האַרץ זענען צוויי פאַרמיטלער פונעם יצר הרע, דאָס אויג זעט און דאָס האַרץ גלוסט.
וואָס מער אַ זאַך איז פאַרבאָטן, אַלץ מער ציט צו דעם דער יצר הרע.
ר׳ שמעון בן לקיש זאָגט: איינער און דעדזעלבער איז אי דער שטן, אי דער יצר הרע, אי דער מלאך־המות 1).
„די גרונט־נייגונג פון מענטשנס האַרץ איז שלעכט פון דער יוגנט” — מיינסטו אַז אַ מענטש קען זיך פון אים ניט איינהיטן: איז עס ניט אַזוי. פיל זאַכן האָט גאָט באַשאַפן אויף דער וועלט, שטאַרק ביטערע פון דער נאַטור, נאָך ביטערער פונעם יצר הרע, ווי למשל, דער תורמוס 2), פון דעסטוועגן לייגסטו אַוועק מי און קאָכסט אים זיבן מאָל אין וואַסער ביז ער ווערט זיס; קענסטו ניט טון דאָסזעלבע מיטן יצר הרע, וואָס איז ביי דיר אין דער האַנט? וויל נאָר זיך אָנטאָן אַ ביסל כח, וועסטו אים בייקומען.
מיט דרייצן יאָר איז עלטער דער יצר הרע פונעם יצר טוב. פון דער מוטער׳ס בויך וואַקסט ער שוין מיטן קינד — און רעדט אים אָן צו אַלעס בייז און דאָס קינד ווייסט ניט צו אונטערשיידן פון גוטס צו שלעכטס; נאָך דרייצן יאָר וואַקסט אויס אין אים דער יצר טוב, און וויל עס טון עפּעס שלעכטס, זעט ער אים דערפון אָפּצוהאַלטן.
אַז אַ מענטש לאָזט זיך טון אַן עבירה, לעבן אויף ביי אים אַלע אברים; קלייבט ער זיך אָבער טון אַ מצווה, פאַלט אָן אויף אַלע זיינע אברים אַ פוילקייט; ווייל דער יצר הרע קיניגס איבער אַלע אברים און דער יצר טוב איז ניט מער ווי אַ פאַרשפּאַרטער אין תפיסה.
1) ד. ה. די זינד אַליין פירט צום טויט־שטראָף. 2) אַזאַ געוויקס.
אין קהלת שטייט: „אויך דאָס האָב איך געזען — אַ קליינע שטאָט און מענטשן דאָרט ווייניק, באַפאַלט אויף איר אַ גרויסער קיניג און רינגלט ↰ 57 זי אַרום און בויט אויס אַרום איר גרויסע באַלאַגער־פעסטונגען. געפינט זיך אין איר איינער אַ אָרעמער קלוגער און ער רעטעט די שטאָט מיט זיין קלוגשאַפט”. ר׳ אמי בר אבא טייטשט אויס די פּסוקים אַזוי:
— „אַ קליינע שטאָט” — דאָס איז דעם מענטשנס גוף, „און מענטשן דאָרט ווייניק”, — דאָס איז די גלידער, „באַפאַלט אויף איר אַ גרויסער קיניג און רינגלט זי אַרום” — דאָס איז דער יצר הרע, „און בויט אויס אַרום איר גרויסע באַלאַגער־פעסטונגען” — דאָס איז די תאוות צו זינד, „געפינט זיך אין איר אַ אָרעמער קלוגער” — דאָס איז דער יצר טוב, „און ער רעטעט די שטאָט מיט זיין קלוגשאַפט” — דאָס איז מיט תשובה און גוטע מעשים.
ר׳ שמעון בן לקיש זאָגט:
— שטענדיק זאָל דער מענטש אָנשרעקן דעם יצר הרע דורכן יצר טוב, קומט ער אים ביי — איז רעכט, אויב ניט — זאָל ער זיך נעמען צום לערנען; קומט ער אים ביי — איז רעכט, אויב ניט — זאָל ער לייענען קריאת־שמע 1); קומט ער אים ביי — איז רעכט, אויב נישט — זאָל ער זיך דערמאָנען אין טאָג פון טויט.
איינער פון ר׳ ישמעאלס שולע פלעגט לערנען דעם עולם:
— זון מיינער, באַגעגענט דיך אָט דער מנוול (יצר הרע), שלעפּ אים אין בית המדרש אַריין: איז ער אַ שטיין — וועט ער צעמאָלן ווערן, איז ער אייזן — וועט ער פּלאַצן.
1) ד. ה. זיך דערמאָנען אין איינציקן גאָט.
„דו ווייסט דאָך אַז איך בין ניט שולדיק און פון דיין האַנט קען קיינער ניט רעטן” — אַזוי האָט איוב געטענהט פאַר גאָט. — דערויף האָט רבא געזאָגט:
— איוב האָט געמיינט צו באַפרייען די גאַנצע וועלט פון שטראָף. „רבונו של עולם — האָט ער געטענהט — דו האָסט באַשאַפן אַן אָקס מיט צעשפּאָלטענע קלאָען, אויך אַן אייזל מיט צונויפגעוואַקסענע; דו האָסט ↰ 58 באַשאַפן צדיקים, אויך רשעים. ווער דערלאָזט דיר ניט טון וואָס דו ווילסט?” 1).
— וואָס־זשע האָבן אים דערויף געענטפערט די פריינד זיינע? „דו פאַרשטערסט אויך גאָטספאָרכטיקייט, ווייל דו לערנסט ניט גענוג גאָטס תורה” — אמת, דעם יצר הרע האָט באַשאַפן גאָט, ער האָט אָבער קעגן אים אויך באַשאַפן אַ שאַרף מיטל: די תורה.
ר׳ שמעון בן אלעזר זאָגט:
— דאָס שטאַרקסטע אייזן, צעגלי עס אין פייער, לאָזט עס זיך בויגן און דו קענסט אויסשמידן דערפון וואָס דו ווילסט; דער יצר הרע, ווי שטאַרק ער איז, דורך די פייערדיקע ווערטער פון דער תורה בייגסטו אים און מאַכסט פון אים וואָס דו ווילסט.
ר׳ שמעון בן יוחאי פלעגט זאָגן: יידן וועלן קיינמאָל ניט אָנקוקן דעם גיהנום, און דערקלערט האָט ער עס דורך אַזאַ משל:
— אַ קיניג האָט געהאַט צווישן זיינע גיטער איין פעלד זייער ניט קיין געראָטנס, וואָס האָט אים גאָרניט איינגעבראַכט. האָבן זיך געפונען אויף דעם בעלנים און מ׳האָט עס ביי אים אָפּגעדונגען פאַר צען קארעצעס ווייץ אַ יאָר. האָבן זיי אַרום פעלד געאַרבעט: באַמיסטיקט עס, צעגראָבן, באַוועסערט, אויסגערייניקט פון ווילדע גראָזן און צום סוף האָבן זיי אים איינגעבראַכט נישט מער ווי איין קאָרעץ. פרעגט זיי דער קיניג:
— וואָס הייסט עס?
ענטפערן זיי אים:
— האַר קיניג. דו ווייסט דאָך וואָס פאַר אַ פעלד דו האָסט אונדז פאַרדונגען! פריער האָט עס דיר גאָרנישט איינגעבראַכט, נאָר איצט, נאָך שווערער מי און אַרבעט, אַז מיר האָבן עס באַמיסטיקט, באַוועסערט און גערייניקט פון גראָזן, האָט עס איין קאָרעץ ווייץ דאָך איינגעבראַכט.
1) ד. ה. די אויפפירונג פונעם מענטשן מוז זיין לויט זיין ווילן, קומט אים דאָך ניט קיין שטראָף.
דאָסזעלבע קענען יידן טענהן פאַר גאָט: דו ווייסט דאָך יאָ ווי פאַר אונדז, מיט אונדזער שוואַכן, ערדישן גוף, איז שווער צו ראַנגלען זיך מיטן יצר הרע און אים בייצוקומען.
ווער איז אַ אמת׳ער גבור? דער וואָס איז גובר דעם יצר הרע זיינעם.
ר׳ צדוק איז געווען זייער אַ שיינער מאַן האָט זיך אין אים אַ רוימישע מאַטראָנע איינגעליבט און געוואָלט אים פאַרפירן. איינמאָל ווען זיי זענען געבליבן איינע אַליין צוזאַמען און ער האָט שוין ניט געקאָנט פון איר לויז ווערן, רופט ער זיך אָן:
— מיר איז שוואַך דאָס האַרץ און איך האָב קיין כוח ניט, איז פאַראַן ביי דיר עפּעס אויף איבערצוכאַפּן?
— פאַראַן — זאָגט זי — אָבער טריפס, וועסטו דען עסן?
— וואָס מאַכט עס אויס, — ענטפערט ער — ווער עס טוט יענץ מעג שוין עסן דאָס.
גייט די מאַטראָנע און הייצט איין אַליין דעם אויבן, און שטעלט צו קאָכן אַ געקעכץ. הייבט זיך אויף ר׳ צדוק און נעמט קריכן אין איינגעהייצטן אויבן.
— וואָס טוסטו? — רופט אויס די מאַטראָנע דערשראָקן.
— ווער עס טוט יענץ — זאָגט ר׳ צדוק — פאַלט אַריין אין דעם (אין פייער פון גיהנום).
— א! — האָט די פאַרליבטע מאַטראָנע אויסגערופן מיט האַרץ — וואָלט איך געוואוסט וויפיל ליידן דאָס פאַרשאַפט דיר, וואָלט איך דיר געלאָזט צורו.
ווען ר׳ עקיבא האָט צוליב יידישע כלל־זאַכן פאַרבראַכט אין רוים, האָט אים איינער פון די גרויסע שרים צוגעשיקט אַ מתנה צוויי שיינע פרויען. האָבן זיי זיך אַרומגעוואַשן, אויסגעשמירט מיט די בעסטע ↰ 60 שמעקנדיקע בוימלען, זיך אויסגעפּוצט ווי כלות פאַר חתנים און זענען צו אים צוגעשטאַנען אַ גאַנצע נאַכט, און יעדע פון זיי האָט זיך באַמיט אים צו געפאַלן און צוציען אים צו זיך, און ר׳ עקיבא איז געזעסן צווישן זיי ביידע, געשפּיגן און אַפילו ניט געקוקט אויף זיי.
אויף מאָרגן גאַנץ פרי זענען די צוויי פרויען צוריקגעקומען צום שר און געקלאָגט זיך פאַר אים. „גלייכער — האָבן זיי געזאָגט — אונדז דער טויט, איידער דו זאָלסט אונדז אָפּגעבן דעם מאַן”.
שיקט דער שר רופן ר׳ עקיבאן און פרעגט אים:
— פאַרוואָס האָסטו ניט פאַרבראַכט מיט די פרויען ווי דער שטייגער איז פון דער וועלט? זענען זיי ניט שיין? זענען זיי ניט אַזעלכע מענטשן ווי דו? האָט ניט איין גאָט באַשאַפן דיך און זיי?
— דאָס אַלץ איז אמת — ענטפערט ר׳ עקיבא — וואָס זאָל איך אָבער טון, אַז ס׳האָט זיך צו מיר געטראָגן פון זיי אַ ריח פון נבלה־פלייש.
ר׳ מתיא בן חרש איז געווען אַ רייכער מאַן און אַ גאָטספאָרכטיקער; גאַנצע טעג האָט ער פאַרבראַכט אין בית המדרש און געלערנט תורה ווי זיין רבי ר׳ מאיר. זיין געזיכט האָט געשיינט ווי די זון און אויסגעזען האָט ער ווי אַ געטלעכער מלאך, און מ׳האָט דערציילט וועגן אים, אַז ער האָט קיינמאָל אויף קיין פרוי ניט געקוקט.
איינמאָל איז דאָס דעם שטן געוואָרן פאַרדריסיק. „וואָס הייסט עס? — האָט ער געטראַכט — שוין־זשע וועט ער בלייבן זיין גאַנץ לעבן אַ צדיק, גאָר אָן אַ שום זינד?” הייבט זיך דער שטן אַרויף אויפן הימל, שטעלט זיך אַוועק פאַר גאָט ברוך הוא און זאָגט:
— רבונו של עולם, ווי זעט אויס ביי דיר אָט דער מתיא בן חרש?
— ער איז אַן אמת׳ער צדיק — זאָגט גאָט.
— דערלויב מיר, איך זאָל אים אויספּרואוון.
— וועסט מיט אים גאָר ניט מאַכן.
— דאָך — דערלויבט ער אים.
לאָזט זיך דער שטן גלייך אַראָפּ און טרעפט מתיא בן חרש זיצן ביים לערנען. נעמט ער אָן דאָס געשטאַלט פון אַ פרוי אַ שיינהייט, וואָס ↰ 61 איר גלייכן איז ניט געווען אויף דער גאַנצער וועלט זינט די באַרימטע שיינהייט נעמה, תובל־קין׳ס שוועסטער, וואָס מלאכים האָבן זיך אין איר איינגעליבט. און אַזוי האָט ער זיך אַוועקגעשטעלט פאַר מתיא׳ס אויגן. פאַרבלענדעט פון אַזאַ שיינהייט האָט מתיא שנעל אויסגעדרייט דעם פּנים אין דער אַנדערער זייט. אין דער מינוט שטייט שוין די רייצנדע שיינהייט פון יענער זייט, דרייט ער דאָס געזיכט ווידער אין אַ אַנדער זייט, איז זי ווידער פאַר די אויגן. דערזען אַז זי טרעט ניט אָפּ פון אים און דרייט זיך אויס מיט אים אין אַלע זייטן, האָט ער זיך דערשראָקן, ער זאָל זיך ניט אונטערגעבן דעם יצר הרע און קומען צו אַ זינד. רופט ער צו איינעם פון זיינע שילער, וואָס האָבן אים געדינט, און הייסט אים געשווינד ברענגען פייער מיט נעגל. ווי יענער האָט עס געבראַכט, כאַפּט מתיא די נעגל גליט זיי אָן אין פייער און שטעכט זיך מיט זיי אויס ביידע אויגן. דערזען דאָס, איז דער שטן פאַרציטערט געוואָרן, אומגעפאַלן פאַר שרעק און גלייך אָפּגעטראָטן.
איז געוואָרן אין הימל אַ רעש. רופט גאָט דעם מלאך רפאל און זאָגט אים: לאָז זיך אַראָפּ גיך און הייל אויס מתיא בן חרשן די אויגן. קומט דער מלאך רפאל און שטעלט זיך פאַר אים אַוועק.
— ווער ביסטו? — פרעגט אים מתיא.
— איך בין דער מלאך רפאל — ענטפערט ער — גאָט האָט מיך געשיקט דיר אויסהיילן די אויגן.
— לאָז שוין זיין; אָפּגעטאָן — פאַרפאַלן.
קערט זיך רפאל צוריק צו גאָט און זאָגט אים: פון היינט אָן זיי רואיק, איך בין דיר אַן ערב, אַז דער יצר הרע וועט מער איבער דיר ניט האָבן קיין שליטה.
ס׳איז געווען איינער אַ רייכער יונגער מאַן, אַ שיינער און אַ געלערטער, וואָס איז שטאַרק געוואָרנט געווען אין דער מצווה פון ציצית. טרעפט זיך איינמאָל מיט אים אַזאַ מעשה: ער האָט דערהערט, אַז ערגעץ אין ווייטע מקומות געפינט זיך אַ יונגע פרוי, וואָס זי הייסט באַצאָלן פאַר זיך אַ פּרייז פיר הונדערט זוג 1). שיקט ער איר צו פיר הונדערט גילדן און זי באַשטעלט אים אַ צייט. צו דער געשטימטער צייט איז ער געקומען אין הויז פון דער פרוי און זיך געמעלדעט. ↰ 62 גיט איר איבער דאָס דינסט־מיידל, אַז יענער מאַן וואָס זי האָט אים אויף היינט באַשטעלט איז געקומען און וואַרט ביי דער טיר. הייסט די פרוי אים אַריינלאָזן. קומט ער אַריין. פירט זי אים אַריין אין אַ צימער, וואו ס׳איז געשטאַנען פיין אויסגעפּוצט אַ זיבנגאָרנדיקע בעט, זעקס גאָרן זילבערנע און דער אייבערשטער פון ריין גאָלד. פון איין גאָרן צום אַנדערן פירן טרעפּ: זעקס טרעפּלעך זילבערנע און דאָס אייבערשטע אַ גאָלדנס. איז זי אַרויף און זיך אַוועקגעזעצט אויף דער אייבערשטער בעט אינגאַנצן אַ הוילע. קריכט ער אויך אַהין אַרויף, זעצט זיך אַקעגן איר און נעמט זיך אויסטאָן. בשעת אַראָפּציען איבערן קאָפּ דעם מאַנטל, האָבן די פיר ווייסע פרענדזלעך פון די ציצית אים אַ בלאַנק געטאָן אין די אויגן און אַ שמיצל געטאָן אין פּנים. דער מאַן איז ווי פאַרציטערט געוואָרן, און ניט רעדנדיק קיין וואָרט, גלייך געכאַפּט און אַראָפּ פון די בעטן און זיך אַוועקגעזעצט מיט אַן אַראָפּגעלאָזטן קאָפּ אויף דער ערד. האָט זיך די פרוי אויך אַראָפּגעלאָזט נאָך אים און זיך נעבן אים אַוועקגעזעצט, אָנגעכאַפּט ביי דער האַנט און ווי באַליידיקט אויסגערופן:
1) אַ רוימישע מטבע.
— איך שווער ביי דער קרוין פון רוים, אַז איך וועל דיך ניט אָפּלאָזן ביז דו וועסט מיר ניט זאָגן אָפן, וואָס פאַר אַ פעלער האָסטו אין מיר דערזען?
— איך שווער ביי אַלעס הייליקן — ענטפערט ער איר — אַז איך האָב אין מיין לעבן אַזאַ שיינע פרוי ווי דו ניט געזען. אונדזער גאָט אָבער האָט אונדז, יידן, געגעבן אַ געבאָט, ציצית הייסט עס, וועלכע דאַרף אונדז תמיד דערמאָנען אין גאָט, וואָס געלויבט און באַשטראָפט יעדן מענטשן לויט זיינע מעשים, און אָט די פיר ציצית האָבן זיך מיר איצט פאָרגעשטעלט פאַר מיינע אויגן ווי פיר לעבעדיקע עדות, וואָס האָבן מיך אָפּגעשטעלט אין דער רעכטער צייט.
דערשטוינט פון אַזאַ אונערוואַרטעטן ענטפער, איז די פרוי אויף אַ וויילע געזעסן פאַרטראַכט, דערנאָך האָט זי אים ווידער אָנגעכאַפּט ביי דער האַנט און געזאָגט:
— איך בעט דיך, גיי ניט אַוועק ביז דו וועסט מיר ניט זאָגן, ווער און פון וואַנען דו ביסט, ווער איז דיין לערער און אין וועלכע שולע לערנסטו.
פאַרצייכנט ער איר דאָס אַלעס און גיט איר איבער אין דער האַנט און געזעגנט זיך מיט איר.
באַלד נאָכדעם האָט די פרוי גענומען און צעטיילט אינגאַנצן איר ↰ 63 פאַרמעגן: אַ דריטל דער קרוין, אַ דריטל אָרעמע לייט און אַ דריטל איבערגעלאָזט פאַר זיך, אויסער יענע בעטן, און זיך אַוועקגעלאָזט, לויט דעם אויפשריפט פון יענעם יונגנמאַן, אין ר׳ חייאס שולע. געקומען אַהין האָט זי זיך געווענדט גלייך צו ר׳ חייאן:
— רבי — זאָגט זי אים — באַפעל מע זאָל מיך מגייר זיין.
— טאָכטער — זאָגט ער איר — אפשר האָסטו געוואָרפן אַן אויג אויף איינעם פון מיינע תלמידים?
נעמט זי אַרויס דעם כתב און ווייזט אים, און דערציילט אים דערביי די גאַנצע מעשה.
— אויב אַזוי — זאָגט ער — האָסט דו כשר פאַרדינט דיין באַשערטן — זאָל אייך גאָט ביידן געבן גליק — און די זעלבע בעטן וואָס זי האָט אַמאָל אים צוגעגרייט פאַרבאָטענערהייט, האָט זי אים איצט אויסגעפּוצט אויף אַ כשרן אופן.
איינמאָל האָט מען געבראַכט קיין נהרדעא געפאַנגענע פרויען האָט מען זיי אַרויפגעפירט אין רב עמרם חסיד׳ס אייבערשטיבל, זיי דאָרטן פאַרשפּאַרט און צוגענומען דעם לייטער, כדי זיי זאָלן ניט קענען פון דאָרט אַנטלויפן. ווי ר׳ עמרם זיצט ביי זיך אין שטוב הייבט ער אויף די אויגן צום באַלקן, דערזעט ער דורכן אייבערשטן פענצטערל איינע פון די געפאַנגענע, וואָס איז גראָד דעמאָלט פאַרבייגעגאַנגען אויבן דורך דעם פענצטערל, און איר ליכטיקע צורה האָט אים אַ שיין געטאָן אין די אויגן. אין שטוב איז עפּעס ווי מיט אַמאָל ליכטיק געוואָרן און ער איז ווי פאַרבלענדט געוואָרן. לויפט ער געשווינד און גיט אַ כאַפּ דעם שווערן לייטער, וואָס קוים צען האָבן אים געקענט אויפהייבן, שטעלט אים צו צום אייבערשטיבל און הייבט אָן שנעל צוקלעטערן. אינמיטן לייטער שטעלט ער זיך פּלוצים אָפּ, גרייט צעשפּרייט די פיס, פעסט איינגעגראָבן אויפן אָרט און הייבט אָן שרייען אויף קולות:
— עס ברענט! ביי עמרמן ברענט!
לויפן זיך צונויף די תלמידים. דערזען דעם רבין אין אַזאַ צושטאַנד, פאַרשעמען זיי זיך און זאָגן אים:
— רבי, דו האָסט אונדז אָנגעטאָן אַזאַ בזיון!
— גלייכער — זאָגט ער זיי — איר זאָלט האָבן בזיונות פון עמרמן דאָ אויף דער וועלט, איידער האָבן פון אים בזיונות דאָרט אויף יענער וועלט.
באַשווערט ר׳ עמרם דעם יצר הרע ער זאָל פון אים אָפּטרעטן. איז ער פון אים אַרויס ווי אַ פייערזייל.
— זע — זאָגט צו אים ר׳ עמרם דו ביסט פייער און איך בין ניט מער ווי פלייש, און איך בין שטאַרקער פון דיר.
ר׳ חייא בר אשי פלעגט אַלע טאָג הייס גאָט בעטן:
— רבונו של עולם, באַשיץ מיך פונעם יצר הרע!
איינמאָל האָט עס דערהערט זיין פרוי, טראַכט זי זיך וואָס זאָל עס באַדייטן: שוין אַזוי פיל יאָר איז ער פון מיר אָפּגעשיידט און נאָך שרעקט ער זיך פאַרן יצר הרע! איינמאָל איז ער געזעסן ביי זיך אין גאָרטן און געלערנט, און זיך דאָרט פאַרזעסן שפּעט אין דער נאַכט. דערהערט ער פּלוצים אַ לייכטן גערויש צווישן די ביימער, קוקט ער זיך אים. דערזעט ער: פאַר אים שטייט אַ שעהן אויסגעפּוצטע פרוי.
— ווער ביסטו? — פרעגט ער זי.
— איך בין גראַציע 1) — ענטפערט זי שטיל און חנעוודיק — איך בין היינט געקומען פון וועג.
דערביי האָט זי זיך געזעצט נעבן אים און אים גענומען אויפרייצן. ר׳ חייא איז געוואָרן ווי פאַרכישופט און איז צו איר צוגעשטאַנען.
— אַזוי, איך געפעל דיר — זאָגט זי מיט אַ געלעכטערל — לויף ברענג מיר פריער אַ מילגרוים פונעם שפּיץ בוים.
טוט ער אַ שפּרינג אַרויף אויפן בוים און געבראַכט אַ מילגרוים...
1) אַ באַוואוסטע אויסגעלאַסענע פרוי, אַ גרויסע שיינהייט.
אין דער פרי גייט ער אַריין אין שטוב, טרעפט ער זיין פרוי שטייט און הייצט דעם אויבן. דרייט ער זיך אַרום איבערן שטוב ↰ 65 שטאַרק צערודערט, פּלוצים לויפט ער צו צום געהייצטן אויבן און נעמט קריכן אַהין אינעווייניק.
— וואָס הייסט עס? — פרעגט זי אים.
דערציילט ער איר מיט גרויס האַרצווייטיק אינגאַנצן די מעשה.
די פרוי צעלאַכט זיך און זאָגט אים:
— האָב קיין יסורים ניט, דאָס איז ניט געווען קיין פרעמדע פרוי, נאָר איך טאַקע אַליין. דאָס האָב איך זיך פאַרשטעלט אין דער געשטאַלט פון אַ פרעמדער, דיך אויסצופּרואוון,
גלויבט ער נישט. האָט זי דערויף אַ סימן, זי דערמאָנט אים דעם מילגרוים.
— דאָך — זאָגט ער איר, אַלץ ניט באַרואיקט — געמיינט האָב איך דאָך די פרעמדע.
און ער האָט זיך עס אַזוי גענומען צום האַרצן ביז ער איז דערפון פון דער וועלט געגאַנגען.
איינער, זייער אַ רייכער מאַן, אַ גרויסער בעל תאווה, מיטן נאָמען נתן, האָט זיך אַמאָל שטאַרק איינגעליבט אין אַ פרעמדער פרוי חנה, אַ באַרימטע שיינהייט, אַזוי אַז ער איז דערפון געפערלעך קראַנק געוואָרן. דאָס לעבן איז אים געוואָרן נישט ניחא און קיין זאַך איז אים ניט איינגעגאַנגען. דאָקטוירים האָבן געזאָגט, אַז אויב ער וועט די פרוי ניט באַקומען וועט ער שטאַרבן.
מאַכט זיך אַז דער מאַן פון דער דאָזיקער פרוי איז אַריינגעפאַלן אין גרויסע חובות און מ׳האָט ניט געהאַט מיט וואָס אָפּצוצאָלן, האָבן אים זיינע בעלי־חובות, פאַרזעצט אין תפיסה. פלעג דאָס ווייב שווער אַרבעטן, שפּינען טאָג און נאַכט, און פאַר איר פאַרדינסט קויפן עסנוואַרג און אַוועקטראָגן דעם מאַן. אַזוי האָט געדויערט אַ היפּשע צייט, ביז דעם געפאַנגענעם איז מיאוס געוואָרן דאָס לעבן. איינמאָל ווען זי האָט אים געבראַכט עסן, רופט ער זיך צו איר אָן:
— אויב איך וועל פאַרבלייבן אין תפיסה אויף ווייטער, וועל איך עס ניט אויסהאַלטן. דו מוזט מיך רעטן פונעם טויט. באַקום געלט און לעז מיך פון דאַנען אויס וואָס געשווינדער.
וויינט די פרוי:
— וואו זאָל איך נעמען? די אַרבעט קלעקט קוים אויף צו שפּייזן דיך.
— גיי — זאָגט ער — צום רייכן נתן, בעט אים, ער זאָל מיר לייען געלט און אויסלייזן.
— וואָס רעדסטו? — שרייט זי אויס און ברעכט מיט די הענט — איך זאָל אַליין גיין צו נתנען! צי ווייסטו דען ניט, אַז יענער איז קראַנק שטאַרבט נאָך מיר, שיקט צו מיר טאָג־טעגלעך אין שליחות זיינע באַדינער מיט פיל געלט, און איך זאָג זיי אָפּ, טרייב זיי אַרויס — זאָל איך איצט אַליין גיין צו אים לייען געלט? אַנדערש ניט, דו ביסט אַראָפּ פון זין.
און שטאַרק אויפגעבראַכט אויפן מאַן פאַר אַזאַ פאָרשלאַג, איז די פרוי אַוועק אַהיים און פאַר גרויס האַרצווייטיק און פאַרדרוס איז זי ניט געקומען דעם מאַן באַזוכן דריי טעג דורכאַנאַנד. אויפן פערטן טאָג, אַז דער פאַרדרוס איז איר אַביסל איבערגעגאַנגען, איז זי ווידער געלאָפן אין תפיסה, באַזוכן איר מאַן. געפינט זי אים זייער קראַנק, ביי די לעצטע כוחות, קוים וואָס די נשמה האַלט זיך אין אים.
— איין גאָט זאָל זיך פאַר מיר אָננעמען — ווענדט ער זיך צו איר מיט אַ גיפטיקער שטימע און קוקט אויף איר מיט שלעכטע און בייזע אויגן — איך זע אַרויס, אַז דו ווילסט איך זאָל דאָ אַוועקשטאַרבן, כדי דו זאָלסט קענען חתונה האָבן פאַר דיין באַגערטן נתנען.
בעט זי זיך ביי אים:
— איך בין גרייט צו טון דיין ווילן, איך וועל גיין אַהין, גט מיך אָבער אָפּ פריער, כדי איינצוהיטן עס זאָל ניט קומען, חלילה, צו׳ן אַ גרויסער עבירה.
— הערסטו — מאַכט ער — דאָס זאָג איך דאָך: דיך ציט צו אים און ווילסט אים האָבן פאַר אַ מאַן.
— וויי און וואונד איז מיר! — שרייט אויס די פרוי אַ פאַרצווייפלטע — צי איז אַזוינס געהערט געוואָרן, אַז אַ מאַן זאָל זאָגן זיין אייגענער פרוי: גיי צו אַ פרעמדן, פאַראומרייניק זיך, נאָר מיך זאָלסטו אויסלייזן.
— געה, גיי — שטויסט ער זי אָפּ פון זיך — אַוועק פון מיינע אויגן, זאָל זיין ווי גאָט וועט געבן!
געקומען אינגאַנצן אַ דערשלאָגענע און אַ פאַרביטערטע אַהיים, איז די פרוי אַ לאַנגע צייט געווען פאַרצווייפלט און ניט געוואוסט וואָס טוט מען. צום סוף האָט גובר געווען ביי איר אין האַרצן דאָס געפיל פון ↰ 67 רחמנות צום אומגליקלעכן מאַן און מיט אַ שווער געמיט האָט זי זיך באַשלאָסן אים צו פאָלגן.
אַ צעבראָכענע האָט זי זיך געלאָזט גיין צו נתנס הויז. דעם גאַנצן וועג האָט זי שטיל פאַר זיך תפילה געטאָן צו גאָט:
— רבונו של עולם, באַהיט מיך און באַשיץ מיך! לאָז מיך קומען צוריק אַהיים אַזוי ריין און כשר ווי איך גיי אַרויס!
און אַזוי איז זי מיט אַ קלאַפּנדיק האַרץ צוגעקומען ביז די פיין־געשניצטע טויערן פון נתנס פּרעכטיקן פּאַלאַץ.
נתן איז דעמאָלט געלעגן צו בעט ביי זיך אין צימער, ווי זיין שטייגער אין דער לעצטער צייט, אין שווערן טרויער און שטאַרק פאַר׳מרה־שחורה׳ט. חנה איז אים אַלץ ניט אַרויס פון זינען. פּלוצים לויפן אַריין זיינע הויפּט־באַדינער און שרייען אויס מיט אַ שמחה:
— חנה גייט! זי איז שוין ביים טויער.
נתן האָט פאַר גליק ניט געגלויבט זיינע אייגענע אויערן.
— וואָס, אַן אמת! — האָט ער אויסגערופן זייער איבערראַשט — אויב יאָ, שענק איך אייך די פרייהייט.
אין דעם לויפט אַריין זיין הויז־דינערין און זאָגט:
— חנה איז שוין אין הויף.
— דו ביסט אויך פריי! — זאָגט ער איר — גיכער לאָזט זי אַריין!
דער קראַנקער נתן איז מיט אַמאָל אויפגעלעבט געוואָרן און אין זיינע אויגן האָט זיך געוויזן אַ פונק פון האָפענונג און גליק.
חנה איז אַריין אין צימער און געבליבן שטיין ביי דער טיר מיט אַראָפּגעלאָזטע אויגן. נתן האָט זי אַ וויילע אָנגעקוקט מיט הייסער ליבע און דערנאָך זיך געווענדט צו איר:
— טייערע פרוי, וואָס האָט דיך אַהער געבראַכט? זאָג מיר דיין פאַרלאַנג, איך וועל עס באַלד אויספילן. צוליב דיר וועט מיר קיין זאַך ניט זיין שווער.
— איך בין געקומען — ענטפערט זי — דיך בעטן זאָלסט אַנטלייען מיין מאַן אַזאַ און אַזאַ סומע געלט, אים צו באַפרייען פון דער תפיסה, וואו ער זיצט פאַרשפּאַרט און קומט אָפּ שוין אַ היפּשע צייט. דו וועסט זיך דערמיט פאַרדינען אַ גרויסע מצווה ביי גאָט.
נתן האָט אָפּגעגעבן אַ באַפעל און די קנעכט האָבן באַלד געבראַכט אינגאַנצן די סומע געלט, וואָס די פרוי האָט געבעטן.
— זעסטו — זאָגט נתן ווען זיי זענען ווידער געבליבן אַליין — דיין ווילן האָב איך געטון; האָב־זשע אויף מיר אויך מיטלייד. זעסט ↰ 68 דאָך ווי איך בין קראַנק פאַר ליבע צו דיר, איך גיי נאָך דיר אויס, נאָר דו אַליין קענסט מיך צוריק אויפלעבן.
— מיין האַר — האָט חנה געענטפערט — איך בין ביי דיר אין דער האַנט, אונטער דיין שוץ, דו קענסט מיט מיר טון וואָס דו ווילסט; ווייס אָבער, אַז איצט האָסטו אַ געלעגנהייט זיך קויפן דאָס אייביקע גליק פאַר אַ קורצווייליקן פאַרגעניגן. איך בעט דיך, באַריר מיך ניט און צעשטער ניט אינגאַנצן מיין פאַמיליען־לעבן. טו ניט אַזוינס וואָס דו אַליין וועסט אויף דעם נאָכדעם אייביק חרטה האָבן. ווען אָבער דו וועסט פאָלגן דיין פאַרשטאַנד און אָפּטרייבן דעם נאַרישן יצר הרע וועט זיין אַז וואויל און גוט דיר.
די ווערטער פון דער פרוי האָבן אויף אים אַזוי טיף געווירקט, אַז ער האָט זיך מיט אַמאָל אַ הויב געטאָן און אַראָפּ פון בעט, צוגעפאַלן מיטן פּנים צו דער ערד און זיך צעוויינט אויף אַ קול:
— גאָט! — האָט זיך אַרויסגעריסן ביי אים פון האַרצן — גיב מיר כח, שטאַרק מיך צו איינברעכן דעם יצר הרע! העלף מיר צו לעשן דאָס העלישע פייער וואָס ברענט אין מיר!
און געווענדט זיך דערנאָך צו חנהן, האָט ער איר געזאָגט מיט אַ ציטעריקער, שוואַכער, נאָר רואיקער שטימע:
— טייערע, פרומע חנה. געבענטשט זאָלסטו זיין. דו האָסט מיך גערעטעט. דיינע ווערטער האָבן מיך אויסגעהיילט פון אַ שווערער געפערלעכער קרענק. גיי געזונטערהייט אַהיים און לעב זיך גליקלעך.
חנה איז אַוועק אַ גליקלעכע אין תפיסה, אויסגעלייזט פון דאָרט דעם מאַן און דערביי דערציילט אים אינגאַנצן די מעשה מיט נתנען, ווי ס׳איז פאָרגעקומען. דער מאַן האָט עס שווייגנדיק אויסגעהערט און אין האַרצן איז אים פאַרבליבן אַ חשד, אַז ס׳איז ניט אינגאַנצן געווען ווי זי דערציילט. צווישן איר און נתנען איז געוויס פאָרגעקומען אַזוינס, וואָס זי פאַרלייקנט.
מאַכט זיך אין אַ צייט אַרום, אַז דער באַוואוסטער תנא ר׳ עקיבא איז געשטאַנען ביי זיין פענצטער און אַרויסגעקוקט אין גאַס. זעט ער ווי איינער פאָרט־דורך רייטנדיק אויף אַ פערד און אַ גרויסע שיין, ווי אַ ליכטיקע, שטראַלנדע זון, געקרוינט זיין קאָפּ. רופט ער צו איינעם פון זיינע תלמידים און פרעגט אים:
— ווער איז יענער, וואָס פאָרט דאָרט רייטנדיק?
— אָט דער? — ענטפערט דער תלמיד — ס׳איז דאָך דער געוויסער הולטיי נתן.
— איר זעט עפּעס אַרום זיין קאָפּ? — פרעגט ר׳ עקיבא ווידער זיינע תלמידים.
— ניין — ענטפערן זיי.
— גיכער רופט אים אַריין צו מיר — באַפוילט דער תנא.
לויפט מען און מע רופט אים אַריין.
— זון מיינער — ווענדט זיך צו אים ר׳ עקיבא — איך האָב געזען, אַז אַרום דיין קאָפּ באַגלייט דיך אַ גרויסע שיין. אַ סימן אַז דו ביסט אַ בן עולם־הבא, פאַרדינט זיך דאָס אייביקע לעבן. דערצייל מיר, וואָס פאַר אַ גרויסע זאַך האָסטו געטאָן.
דערציילט אים נתן די גאַנצע מעשה מיט חנהן.
ר׳ עקיבא האָט עס אויסגעהערט פון אָנהייב ביזן סוף און איז געבליבן דערשטוינט פון דעם גרויסן גייסטיקן כח, וואָס אַזוינער האָט געוויזן, צו ברעכן דעם שטאַרקן יצר הרע זיינעם און אָפּהאַלטן איבער אים אַזאַ גרויסן נצחון.
— יאָ — זאָגט אים ר׳ עקיבא — דו האָסט ווירקלעך אַ גרויסע גבורה געוויזן. ניט אומזיסט האָט גאָט געשטראַלט דיין קאָפּ מיט אַזאַ שיין. היינט מאָל זיך אויס, וואָס פאַר אַ גליק ערוואַרטעט דיר אויף יענער וועלט. זאָלסט מיך פאָלגן, ווילסטו איצט אַוועקגעלייגט אַלע דיינע געשעפטן און זיך גענומען צום לערנען. מיין בית המדרש איז פאַר די אָפן.
נתן האָט געפאָלגט ר׳ עקיבאן, געוואָרן זיין געליבטער תלמיד, און ס׳האָט ניט געדויערט קיין לאַנגע צייט, האָט נתן דערגרייכט אין לערנען זייער אַ הויכע מדרגה און האָט פאַרנומען אין בית המדרש אַ פּלאַץ קעגן ר׳ עקיבאן.
איינמאָל גייט פאַרביי ר׳ עקיבאס בית המדרש חנהס מאַן — און ווערט ערשטוינט זעענדיק, וואָס פאַר אַ פּלאַץ נתן פאַרנעמט דאָרט. דערפרעגט ער זיך ביי איינעם פון די תלמידים, ווי קומט דער נתן צו אַזאַ הויכע מדרגה. דערציילט ער אים די גאַנצע מעשה.
ערשט איצט האָט זיך דער מאַן איבערצייגט, אַז זיין פרוי חנה האָט אים דעמאָלט דערציילט דעם ריינעם אמת ווי ס׳איז געווען, קיין זאַך ניט פאַרלייקנט — און ער האָט זיך אינגאַנצן באַרואיקט און יעדער מינדסטער חשד איז ביי אים פון האַרצן פאַרשוואונדן. לויפט ער אַן איבערגליקלעכער אַהיים צו דער פרוי, פאַלט איר אויפן האַלדז און קושט אויס איר קאָפּ.
— זיי מיר מוחל — זאָגט ער איר — זיי מיר מוחל, וואָס איך האָב דיך די גאַנצע צייט אומזיסט חושד געווען. ערשט היינט, דערזעענדיק נתנען ביי ר׳ עקיבאן אין בית המדרש, האָב איך זיך דערוואוסט דעם אמת. אַך, זאָלסט וויסן ווי איך האָב אינערלעך געליטן! אַ דאַנק זיין ליבן נאָמען, וואָס האָט זיך איבער מיר דערבאַרעמט און האָט מיר ערלויכטן די אויגן.
ר׳ חנינא בר אבין זאָגט:
— דער וואָס לאָזט זיך שטאַרק אַריין אין זנות, ענדיקט דערמיט, אַז דאָס לייב זיינס ווערט אויפגעפרעסן פון זיך אַליין.
זינדיקע געדאַנקען זענען שעדלעכער ווי די זינד אַליין; אַ סימן האָסטו: ריח פון פלייש פאַר אַ הונגעריקן 1).
ר׳ שמעון בן אלעזר זאָגט:
— דעם יצר הרע דאַרף מען מיט דער לינקער האַנט אָפּשטויסן און מיט דער רעכטער צוציען 2).
„גאָט האָט געזען אַלעס וואָס ער האָט באַשאַפן — זאָגט די תורה — און ס׳איז זייער גוט” — אויף דעם זאָגט ר׳ שמואל בר נחמן: „גוט” איז דער יצר טוב; „זייער גוט” — דאָס איז דער יצר הרע.
— געשיקט זיך! דער יצר הרע איז זייער גוט!
— ער מיינט מיט דעם אַרויסצוזאָגן, אַז ווען ניט דער יצר הרע, וואָלט די וועלט קיין קיום ניט געהאַט: קיינער וואָלט קיין הויז ניט געבויט, אַ פרוי ניט גענומען, קינדער ניט געבוירן, געשעפטן ניט געפירט.
1) רייצט נאָר אויף, ניט צו באַפרידיקן. 2) ניט צופיל לאָזן זיך פּייניקן פון איינגעהאַלטנקייט.
ר׳ יהודה פלעגט זאָגן:
— אויף דריי זאַכן שטייט די וועלט: אויף קנאה, אויף לוסט און אויף מיטלייד.
ר׳ יהודה בן אילעאי האָט געזאָגט אין זיינער אַ דרשה:
— אין די שפּעטערדיקע צייטן וועט גאָט ברענגען דעם יצר הרע און אים שעכטן פאַר צדיקים און רשעים אין די אויגן. ביי די צדיקים זעט ער אויס ווי אַ הויכער באַרג, ביי די רשעים — ווי אַ דינע האָר. די וויינען און יענע וויינען. די צדיקים וויינען און זאָגן: אַך, ווי האָבן מיר גענומען כח ביי־צוקומען אַזאַ הויכן באַרג! די רשעים וויינען און זאָגן: אַך, ווי האָבן מיר עס ניט געקענט בייקומען אַזאַ דינע האָר! און גאָט וואונדערט זיך צוזאַמען מיט זיי.
אין דעם וועג וואָס אַ מענטש באַגערט צו גיין — פירט מען אים. אַ מענטש אַז ער פאַראומרייניקט זיך אַביסל — פאַראומרייניקט מען אים פיל; פון אונטן — פאַראומרייניקט מען אים פון אויבן; אויף דער וועלט — פאַראומרייניקט מען אים אויף יענער וועלט.
פאַרקערט אָבער, אַ מענטש אַז ער הייליקט זיך אַביסל — הייליקט מען אים פיל, פון אונטן — הייליקט מען אים פון אויבן. אויף דער וועלט — הייליקט מען אים אויף יענער וועלט.
די חכמים זאָגן: אַ מענטש זאָל זיך שטענדיק באַטראַכטן אַלס אַ האַלב גערעכטער און האַלב שולדיקער; האָט ער געטאָן איין גוטע זאַך — ↰ 72 אַז וואויל איז אים: ער האָט איבערגעוואויגן זיך אַליין אין דער גוטער זייט; האָט ער געטאָן אָבער איין שלעכטע זאַך — אַז וויי איז אים: ער האָט איבערגעוואויגן זיך אַליין אין דער שלעכטער זייט. צוליב איין פאַרברעכן, וואָס דער איז באַגאַנגען, איז פון אים פאַרלוירן געגאַנגען אַזוי פיל גוטס.
ר׳ אלעזר בר שמעון זאָגט: אַ מענטש זאָל באַטראַכטן זיך און די גאַנצע וועלט ווי האַלב גערעכט און האַלב שולדיק. ווייל סיי דער איינצלנער מענטש סיי די גאַנצע וועלט ווערן געריכטעט לויט דעם רוב מעשים. האָט ער געטאָן אַ גוטע זאַך — אַז וואויל איז אים: ער האָט איבערגעוואויגן זיך און די גאַנצע וועלט מיט זיך אין דער גוטער זייט, האָט ער געטאָן אַ שלעכטע זאַך — אַז וויי איז אים: ער האָט איבערגעוואויגן זיך און די גאַנצע וועלט מיט זיך אין דער שלעכטער זייט. צוליב איין פאַרברעכן וואָס דער איז באַגאַנגען איז פאַרלוירן געגאַנגען אַזוי פיל גוטס פון אים און פון דער גאַנצער וועלט.
אַ מצווה האָט, אַלס לוין, קרן אויף דער וועלט און פרוכט דערצו אויף יענער וועלט; אַן עבירה האָט בלויז קרן און קיין פרוכט ניט. אַזאַ עבירה אָבער וואָס ברענגט מיט זיך שלעכטע פרוכט, האָט אויך פרוכט אַלס שטראָף אויף יענער וועלט.
אַ גוטער מיין ווערט פאַררעכנט ביי גאָט ווי אַ גוטער טאַט; אַ שלעכטער מיין אָבער וואָס ברענגט מיט זיך שלעכטע פרוכט, ווערט אויך פאַררעכנט ווי אַ שלעכטער טאַט.
גוטס איז פרוכטבאַר, שלעכטס איז אומפרוכטבאַר.
ר׳ אליעזר בן יעקב זאָגט:
— אַז אַ מענטש טוט אַ גוטע זאַך, קויפט ער זיך דערמיט אַ פאַרטיידיקער, אַ שלעכטע זאַך — קויפט ער זיך אַ באַשולדיקער.
חנינא בן דוסא זאָגט:
— ביי וועמען זינדספאָרכטיקייט איז פאַר דער חכמה 1), ביי דעם האָט דער חכמה אַ האַפט; ביי וועמען די חכמה איז פאַר דער זינדספאָרכטיקייט, ביי דעם האָט די חכמה קיין האַפט.
מ׳האָט געפרעגט ר׳ יוחנן בן זכאי: אַ געלערטער און אַ זינדספאָרכטיקער צו וואָס איז ער גלייך?
— צו אַ מייסטער מיטן געצייג אין דער האַנט — האָט ער געענטפערט.
— אַ געלערטער און ניט קיין זינדספאָרכטיקער?
— אַ מייסטער אָן דעם געצייג.
— אַ זינדספאָרכטיקער ניט קיין געלערטער?
— קיין מייסטער איז ער ניט, אָבער מיט געצייג אין דער האַנט.
ר׳ סימון און ר׳ אלעזר זענען געזעסן צוזאַמען. איז געגאַנגען פאַרביי זיי ר׳ יעקב בר אחא. רופט זיך אָן איינער צום אַנדערן: לאָמיר פאַר אים אויפשטיין, ער איז אַ זינדספאָרכטיקער. זאָגט דער אַנדערער: לאָמיר פאַר אים אויפשטיין, ער איז אַ געלערטער.
רופט זיך אָן ווידער דער ערשטער: איך זאָג דיר אַ זינדספאָרכטיקער, וואָס איז פיל וויכטיקער, זאָגסטו מיר אַ געלערטער!
אַ מענטש מעג זיין אָנגעלערנט, פול אַלע ווינקעלעך פון דער תורה, פאַרמאָגט ער נישט דערצו קיין זינדספאָרכטיקייט — פאַרמאָגט ער גאָרנישט. עס קומט אויס ווי איינער באַרימט זיך פאַר דעם אַנדערן: איך האָב טויזנט מאָס תבואה, טויזנט מאָס אייל, טויזנט מאָס וויין. זאָגט אים יענער: האָסטו אויך מאַגאַזינען, וואוהין דאָס אַלעס צו באַהאַלטן? האָסטו עס — איז אַלעס דיינס, אויב נישט — פאַרמאָגסטו גאָר נישט.
1) געלערזאַמקייט, וויסן.
„יראת ה׳”, — גאָטספאָרכטיקייט איז דער אוצר, דער מאַגאַזין פאַר קלוגשאַפט און וויסנשאַפט,
ר׳ אבהו זאָגט:
— ווער עס ברענגט יענעם צו טון אַ מצווה, ווערט עס אים פאַררעכנט גלייך ווי ער וואָלט זי אַליין געטאָן.
אין נאָמען פון ר׳ יונתן ווערט געזאָגט:
— ווער עס טוט איין גוטע זאַך אויף דער וועלט לויפט זי אים פאָראויס אויף יענער וועלט, און ווער עס טוט אַ שלעכטע זאַך אויף דער וועלט, וויקלט זי זיך איין אַרום אים און ציט זיך אים פאָראויס ווי אַ שלאַנג אין טאָג פון געריכט. ר׳ אלעזר זאָגט: זי בינדט זיך צו אים צו ווי אַ הונט
ר׳ יוסי בר׳ יהודה זאָגט: פאַר אַ פאַרברעכן קען געשענקט ווערן איינמאָל, דאָס צווייטע מאָל און דאָס דריטע מאָל; דאָס פערטע מאָל אָבער — ניט.
ר׳ יהודה בר נחמני דער מתורגמן 1) פון ריש לקיש האָט געזאָגט אין אַ דרשה:
— „גלויבט נישט אין אַ חבר — זאָגט דער נביא מיכה — און פאַרטרויט נישט קיין גוטן פריינד” — אויב דער יצר הרע לאָזט זיך צו דיר צו און רעדט דיר איין: עס מאַכט ניט אויס, זינדיק, גאָט וועט עס דיר שענקען — זאָלסטו אים ניט גלויבן. קענסטו זיך טראַכטן: ווער קען מיך אויסגעבן? זאָלסטו וויסן אַז די שטיינער און די באַלקנס פון מענטשנס הויז געבן אים אויס, ווי דער נביא זאָגט: „דער שטיין פון וואַנט שרייט אויס, דער שייט האָלץ גיט אויס”.
1) איבערזעצער, ערקלערער. דאָס רוב גרויסע תנאים און אמוראים האָבן געהאַט יעדער נעבן זיך ביי דער דרשה איינעם אַ מתורגמן, וואָס פלעגט זי פאַרן עולם איבערזעצן און ערקלערן אויף דער פאָלקס־שפּראַך.
די חכמים זאָגן: דעם מענטשנס אייגענע נשמה זאָגט קעגן אים עדות.
ר׳ זריקא זאָגט: די צוויי מלאכים, וואָס באַגלייטן יעדן מענטשן, זאָגן עדות.
אַנדערע זאָגן: אַלע אברים פונעם מענטשן זאָגן עדות.
ר׳ יצחק בן פרנך זאָגט: דעם מענטשנס זינד קריצן זיך אים אויס אין די ביינער.
אין נאָמען פון ר׳ יוחנן ווערט געזאָגט:
— ווען אַ מענטש האָט זיך אויסגעלעבט דאָס רוב יאָרן אָן זינד וועט ער שוין ווייטער ניט זינדיקן: גאָט וועט אים שוין אויסהיטן.
אַנדערע זאָגן: ווען עמעצן איז געקומען צו דער האַנט עפּעס אַן עבירה איינמאָל און צוויי מאָל, און ער האָט ניט געזינדיקט, וועט ער שוין מער ניט זינדיקן: גאָט וועט אים אויסהיטן.
רב הונא זאָגט: האָט אַ מענטש געטאָן די זעלבע עבירה איינמאָל און צוויי מאָל, ווערט עס שוין ביי אים אַ מעג־זאַך.
רב עולא האָט געזאָגט אין אַ דרשה:
— „זינדיק ניט פיל” — האָט געזאָגט קהלת. קומט אויס, אַז אַביסל מעג מען יאָ? נאָר דער מיין עס, אַז אַפילו אַ מענטש וואָס האָט שוין געזונטיקט, זאָל ער זיך ניט אָפּלאָזן אינגאַנצן, מיינען, אַז ס׳איז שוין אַלץ איינס: פיל צי אַ ביסל. ניין. האָט עמעצער געגעסן קנאָבל און ס׳איז ביי אים אַ ריח פון מויל, זאָל ער עסן נאָכאַמאָל קנאָבל, דער ריח זאָל ווערן נאָך שטאַרקער?
בן עזאי זאָגט:
— לויף טון אַ קליינע מצווה ווי אַ גרויסע און אַנטלויף פון יעדער עבירה, ווייל אַ מצווה שלעפּט־נאָך אַ מצווה, און אַן עבירה — אַן עבירה.
„אַז איינער וועט פיינט האָבן דעם צווייטן און ער וועט נאָכלאָקערן אים און וועט אים, באַפאַלן און טויטשלאָגן” — עס הייבט זיך ↰ 76 אָן מיט אַ לייכטער עבירה, ער האָט ניט מער ווי איבערגעטראָטן דאָס געבאָט: „האָב ליב דעם צווייטן ווי זיך אַליין”, ממילא טרעט ער דערנאָך איבער דאָס געבאָט: „האָב ניט פיינט דיין ברודער”, דערנאָך דאָס געבאָט: „זיי זיך נישט נוקם און טראָג ניט קיין האַס”, דערנאָך דאָס געבאָט: „לאָז לעבן דיין ברודער נעבן דיר”, ביז ער דערגייט צו בלוט פאַרגיסן.
ריש לקיש זאָגט:
— אַ מענטש באַגייט אַ פאַרברעך ניט אַנדערש נאָר ווען עס כאַפּט זיך אין אים אַריין עפּעס אַ משוגעת.
איינער פון ר׳ ישמעאלס שילער פלעג זאָגן:
— דאָס פאַרברעכן מאַכט טעמפּ דעם מענטשנס האַרץ.
ר׳ מאיר פלעגט זאָגן:
— טוט איינער אַן עבירה באַהאַלטן, קלינגט עס אויס גאָט אָפן פאַר יעדן.
רב כהנא זאָגט:
— אַ חצוף איז ביי מיר דער וואָס רעדט עפנטלעך פון זיינע אַ זינד.
רב נחמן בר יצחק זאָגט:
— אַ פאַרברעכן באַגאַנגען צוליב גוטע צוועקן באַשטייט אַמאָל פאַר אַ מצווה געטאָן ניט צוליב גוטע צוועקן.
אַ מענטש געוויינלעך באַגייט נישט קיין זינד ניט צוליב זיך.
אויף אַן עבירה איז מען קיין שליח נישט.
אויף זיך זעט מען קיין שולד נישט.
די זינד איז צום אָנהייב זיס, צום סוף ביטער.
„עס וועלן אָנקומען יאָרן וואָס דו וועסט זאָגן, איך האָב ניט צו זיי קיין לוסט” — זאָגט קהלת. דאָס קען מען זאָגן אויף משיח׳ס צייטן, ווען דער מענטש וועט נישט האָבן ניט קיין שולד, ניט קיין פאַרדינסט.
„לויבט דעם צדיק וועלכער איז גוט, דען די פרוכט פון זייערע ווערק וועלן זיי געניסן” — זאָגט דער נביא ישעיה. איז דען פאַראַן אַ צדיק אַ גוטער און ניט קיין גוטער?
— יאָ. גוט צו גאָט און צו לייט, הייסט אַ גוטער צדיק; גוט צו גאָט און שלעכט צו לייט, הייסט אַ צדיק ניט קיין גוטער.
דאָסזעלבע איז אויך דאָרטן ווייטער: „וויי דעם רשע דעם שלעכטן, דען לויט דאָס פאַרדינסט פון זיינע הענט ווערט אים אָפּגעטאָן” — איז דען פאַראַן אַ רשע אַ שלעכטער און ניט קיין שלעכטער? נאָר אויך דאָסזעלבע: אַ שלעכטער צו גאָט און צו לייט — איז אַ שלעכטער רשע; אַ שלעכטער צו גאָט און ניט שלעכט צו לייט — איז אַ רשע ניט קיין שלעכטער.
אַ צדיק אַ גוטער איז גוט פאַר זיך און גוט פאַר יענעם: אַ גאָלדן גלעקל מיט אַ בריליאַנטן צינגל.
צדיקים זאָגן צו ווייניק און טוען פיל, רשעים, פאַרקערט, זאָגן צו פיל און טוען גאָרנישט.
רבא זאָגט:
— די וועלט איז באַשאַפן געוואָרן אָדער פאַר עכטע צדיקים ↰ 78 אָדער פאַר עכטע רשעים; אָדער פאַר אחאב בן עמרי 1), אָדער פאַר אַ חנינא בן דוסא 2). פאַר דעם — די וועלט, פאַר יענעם — יענע וועלט.
די רשעים — געוועלטיקט דאָס האַרץ אויף זיי; צדיקים אָבער — זיי געוועלטיקן איבער זייער האַרץ.
ר׳ חנינא בר פּפּא האָט געזאָגט אין זיין דרשה:
— דער מלאך וואָס האָט צו שאַפן אויף שוואַנגערשאַפט, איז זיין נאָמען „לילה” (נאַכט), נעמט ער דעם טראָפּן און ברענגט אים פאַר גאָט און פרעגט אים:
— הער פון דער וועלט! אָט דער טראָפּן, וואָס זאָל פון אים ווערן אַ שטאַרקער צי אַ שוואַכער, אַ קלוגער צי אַ נאַר, אַ רייכער צי אַ אָרעמער? אויף רשע און צדיק אָבער פרעגט ער נישט, ווייל דאָס הענגט אָפּ ניט פון גאָט, נאָר פון מענטשנס אייגענעם פרייען ווילן אַליין.
דער טויט פון רשעים איז וואויל פאַר זיי און וואויל פאַר דער וועלט; פון צדיקים אָבער, איז שלעכט פאַר זיי און שלעכט פאַר דער וועלט.
וויין און שלאָף פאַר די רשעים — איז וואויל פאַר זיי און וואויל פאַר דער וועלט; פאַר די צדיקים אָבער, איז שלעכט פאַר זיי און שלעכט פאַר דער וועלט.
1) איינער פון די מער־זינדיקע צווישן די מלכי ישראל. 2) איינער פון די פרומסטע און אָרעמסטע תנאים.
צעשטרייאונג פון רשעים — איז וואויל פאַר זיי און וואויל פאַר דער וועלט; פון צדיקים — אָבער איז וואויל פאַר זיי און וואויל פאַר דער וועלט.
פאַרזאַמלונג פון רשעים, איז שלעכט פאַר זיי און שלעכט פאַר דער וועלט; פון צדיקים אָבער — איז וואויל פאַר זיי און וואויל פאַר דער וועלט.
פאַרטרוי זיך ניט ביז דעם טאָג פונעם טויט. יוחנן איז ביז אַכציק יאָר אַ כהן גדול געווען און צום סוף איז ער געוואָרן אַ צדוקי 1).
ר׳ שמעון בן יוחאי זאָגט:
— מעג אַ מענטש זיך אויסלעבן די גאַנצע יאָרן, זיין אַ עכטער צדיק, אויב צום לעצט איז ער אַראָפּ פונעם וועג, האָט ער פאַרשפּילט אינגאַנצן דאָס פריערדיקע; ווידער פאַרקערט, מעג אַ מענטש זיך אויסלעבן די גאַנצע יאָרן זיינע אַ עכטער רשע, אויב צום לעצטן האָט ער זיך געשטעלט אויפן גלייכן וועג — ווערט ווי אָפּגעווישט זיין גאַנץ פריערדיק שלעכטס.
1) סאַדוקייער, אַ געוויסע סעקטע ביי יידן אין יענער צייט.
ר׳ אליעזר, דער זון פון ר׳ יוסי הגלילי, זאָגט:
— זעסטו אַ צדיק לאָזט זיך גיין אין וועג און דו דאַרפסט אויך גיין אין דעם זעלבן וועג, אייל זיך צו אָדער לייג אָפּ דיין נסיעה צוליב אים אויף עטלעכע טעג, כדי דו זאָלסט קענען גיין מיט אים צוזאַמען; ווייל אים באַגלייטן אין וועג גוטע מלאכים. ווען דו זעסט אָבער אַ רשע לאָזט זיך גיין אין דעם זעלבן וועג וואוהין דו דאַרפסט אויך — אייל זיך צו אָדער לייג אָפּ צוליב אים דיין נסיעה אויף עטלעכע טעג, כדי ↰ 80 עס זאָל דיר ניט אויסקומען גיין מיט אים צוזאַמען, ווייל אים באַגלייטן אין וועג שלעכטע מלאכים.
אביי זאָגט:
— וויי דעם רשע, ווער. זיין שכן, וואויל דעם צדיק, וואויל זיין שכן.
גוטס ווערט אויסגעפירט דורך אַ גוטן, שלעכטס — דורך אַ שלעכטן.
ווער עס ברענגט אַ רבים צו גוטן, קומט דורך אים קיין זינד נישט, און ווער עס ברענגט אַ רבים צו זינד, דערלאָזט מען אים ניט תשובה טון.
ווער עס ברענגט אַ רבים צו גוטן, ווערט פאַררעכנט אויף אים גוטס פונעם רבים; ווער עס ברענגט אַ רבים צו זינד, ווערט פאַררעכנט אויף אים די זינד פונעם רבים.
ר׳ יוחנן זאָגט:
צדיקים שטייען העכער פון מלאכים.
רבה בר חנה זאָגט:
די נשמה פון איין צדיק וועגט וויפיל אַ גאַנצע וועלט.
אינעם נאָמען פון ר׳ יוחנן ווערט געזאָגט:
— גאָט ברוך הוא האָט געזען אַז צדיקים זענען ווייניק, האָט ער ↰ 81 גענומען און זיי איינגעפלאַנצט ביסלעכווייז אין יעדער דור, כדי די וועלט זאָל זיך שטענדיק האַלטן אויף זייער זכות.
די וועלט, זאָגן איינע, שטייט אויף צוועלף זיילן; אַנדערע זאָגן: אויף זיבן. ר׳ אליעזר בן שמוע זאָגט: אויף איין זייל, אויפן צדיק; ווי עס ווערט געזאָגט אין שלמה׳ס שפּריכווערטער: „דער צדיק איז דער פונדאַמענט פון דער וועלט”.
ר׳ אליעזר זאָגט: צוליב איין צדיק אַפילו איז די וועלט באַשאַפן געוואָרן. אין ר׳ יוחנן׳ס נאָמען ווערט געזאָגט: צוליב איין צדיק אַפילו האַלט זיך די וועלט. רבא זאָגט: ווען די צדיקים ווילן — באַשאַפן זיי אַליין אַ וועלט.
ר׳ אבהו זאָגט: גאָט געוועלטיקט איבערן מענטשן; דער צדיק געוועלטיקט, כביכול, איבער גאָט. עס טרעפט אַז גאָט איז גוזר אַ גזירה און דער צדיק מיט זיין תפילה שטעלט זי אָפּ.
„דיין גערעכטיקייט — ווענדט זיך דער משורר אין תהלים צו גאָט — איז ווי די העכסטע בערג, און דיינע שטראָף ווי דער גרויסער אָפּגרונט” — דערויף זאָגט דער גרויסער יאשיה:
— ווי די הויכע פעלדזן אויפן ברעג פונעם ים צוימען איין דעם אָפּגרונט, ער זאָל זיך נישט אויפהייבן און פאַרפלייצן די וועלט, אַזוי אויך די גרויסע צדיקים, מענטשן פון גערעכטיקייט, צוימען איין גאָטס שטראָף, זי זאָל ניט אויסברעכן און אומברענגען די וועלט.
ר׳ שמואל בר נחמני זאָגט:
— וויי איז די רשעים, וואָס פאַרקערן די מידת הרחמים (גאָטס דערבאַרימקייט) אויף מידת הדין (שטרענגע געריכט); אַז וואויל איז די צדיקים, וואָס פאַרקערן דעם מידת הדין אויף מדת הרחמים..
אין יעדער דור געפונען זיך אויף דער וועלט ניט ווייניקער ווי זעקס און דרייסיק צדיקים, וואָס זענען מקבל־פּנים די שכינה.
ווי ליכטלעך אָנגעצונדענע פון אַ פלאַמענדיקן פאַקעל, אַזוי לייכטן די צדיקים אויף דער וועלט, אָנגעצונדענע פון דער שיין פון דער שכינה.
„דער צדיק בליט ווי אַ פּאַלמע, וואַקסט הויך ווי אַ צעדערבוים אין לבנון” — זאָגט דער משורר אין תהלים. ווי די צוויי ביימער, די פּאַלמע און דער צעדערבוים, שטייגן איבער מיט זייער הויכן וואוקס אַלע איבעריקע ביימער און לאָזן זיך מערקן אויף ווייטע שטרעקן, אַזוי אויך די גרויסע צדיקים וואַקסן הויך, איבער זייערע דורות, און לאָזן זיך מערקן פון דער ווייטנס אויף לאַנגע לאַנגע יאָרן.
די גאַנצע וועלט ווערט געשפּייזט פון גאָט ווי איינער פון צדקה; זיי אָבער, די צדיקים, ווי איינער וואָס עס קומט אים. אַנדערע זאָגן: די גאַנצע וועלט ווערט געשפּייזט אינעם זכות פון זיי, פון די צדיקים, און ↰ 83 די צדיקים אַליין געקומען גאָרנישט פון זייער אייגענעם זכות. ווי מע זאָגט אין נאָמען פון רב: טאָג־טעגלעך גייט אַרויס אַ בת קול פונעם באַרג חורב און רופט אויס: די גאַנצע וועלט ווערט געשפּייזט צוליב חנינא 1) מיין זון, און חנינא מיין זון איז גענוג פאַר אים אַ טאָפּ האַרטע באָקסערן פון ערב־שבת צו ערב־שבת.
„גאָט ליבט די צדיקים” — זאָגט דער משורר אין תהלים. פאַר וואָס עפּעס באַזונדערס צדיקים? ווייל דאָס איז ניט קיין ירושה־זאַך, ניט קיין יחוס. אַ כהן, אַ לוי ווענדט זיך אין שטאַם. דאָס איז אַ יחוס־זאַך. ניט ווער עס וויל קען דאָס ווערן. אַ צדיק אָבער, אַפילו אַ גוי, וויבאַלד ער וויל, קען ער עס ווערן.
„גאָט איז גוט פאַר אַלע” — ווערט געזאָגט אין איין פּסוק אין תהלים, און אין אַ אַנדער אָרט שטייט: „גאָט איז גוט פאַר די וואָס שטרעבן צו אים”. דאָס הייסט: גאָטס גוטסקייט פאַרשפּרייט זיך אומעטום, פאַר יעדן באַזונדער, נאָר באַזונדערס לייגט ער אַכט אויף די, וואָס זייערע אויגן זענען געווענדט צו אים תמיד. אַזוי אַ מענטש וואָס פאַרמאָגט אַ וויינגאָרטן, ווען ער באַוועסערט דעם גאָרטן — באַוועסערט ער אַלע ביימער גלייך אָן אונטערשיד; אַרומגראָבן אָבער, גראָבט ער אַרום מיט אַ באַזונדער השגחה נאָר די בעסערע פון די ביימער.
אין נאָמען פון ר׳ שמעון בן יוחאי ווערט געזאָגט:
1) חנינא בן דוסא, זע דעם צווייטן באַנד.
— שיינהייט, קראַפט, רייכטום, ערע, קלוגהייט, עלטער, גדייזהייט און קינדער ביי צדיקים — איז שיין פאַר זיי און עען פאַר דער וועלט.
צוויי עסן פון איין שיסל — דער פילט אַ טעם לויט זיינע מעשים און דער לויט זיינע. צוויי פאַרבן קליידער־שטאָף אין איין קעסל, ביי דעם קומט אַרויס שיין און ביי דעם מיאוס.
פון ר׳ יוחנן׳ס נאָמען ווערט געזאָגט:
— „עם שיינט אויף די זון און עס פאַרגייט די זון” — אַזוי זאָגט קהלת. איידער עס ווערט אויסגעלאָשן די זון פון איין צדיק, שיינט אויף די זון פון אַ צווייטן. קיין צדיק גייט־נישט פון דער וועלט ביז עס ווערט ניט באַשאַפן אַזאַ צדיק ווי ער.
ר׳ חמא בר חנינא זאָגט:
— צדיקים נאָכן טויט זענען גרעסער ווי ביים לעבן.
צדיקים נאָכן טויט הייסן לעבעדיקע. רשעים ביים לעבן הייסן טויטע.
אין נאָמען פון ר׳ חנינא׳ן ווערט געזאָגט:
— קומט אום דער צדיק, איז עס אַ שאָדן נאָר פאַרן דור. אַ פאַרלוירענער פּערל, וואו ער זאָל ניט זיין, בלייבט ער אַ פּערל. פאַרלאָרן איז ער געגאַנגען נאָר פאַר זיין אייגנטימער.
„דער צדיק בליט ווי אַ פּאַלמע, וואַקסט הויך ווי אַ צעדערבוים אין לבנון” — וואָס עפּעס גלייכט דער משורר אין תהלים די צדיקים צו אַ פּאַלמע און אַ צעדערבוים? דערפאַר ווייל מערסטנטייל ביימער מעגן זיי אויסגעהאַקט ווערן, נעמט מען פון זיי אַ צווייגעלע און מע פלאַנצט עס איבער אויף אַ אַנדער פּלאַץ — וואַקסט עס באַלד אויף. אַ פּאַלמע מיט אַ צעדערבוים אָבער, וויבאַלד זיי ווערן אויסגעהאַקט, קען מען ניט צושטעלן באַלד אַנדערע אויף זייער אָרט, סיידן אין אַ לאַנגער צייט אַרום און מיט גרויס מי. דאָסזעלבע איז אויך מיט אַ צדיק: גייט ער פון דער וועלט, געדויערט לאַנג ביז עס וואַקסט אויס אַ אַנדערער אויף זיין אָרט.
— דער גייסט (די נשמה פונעם מענטשן) קערט זיך צוריק צו גאָט, וועלכער האָט אים געגעבן” — זאָגט קהלת; גיב אים די נשמה צוריק אַזוי ריין ווי ער האָט זי דיר געגעבן אַ ריינע.
אַ קיניג האָט אַמאָל געטיילט זיינע קנעכט קיניגלעכע קליידער. די מער קליגערע פון זיי האָבן די קליידער שיין צונויפגעלייגט און באַהאַלטן ביי זיך אין קופערט; די נאַרישע אָבער האָבן באַלד זיי אָנגעטאָן און גענומען זיך צו דער וואַכעדיקער אַרבעט. אין אַ צייט אַרום האָט דער קיניג געפאָדערט ביי זיי צוריק די קליידער. די מער קליגערע האָבן זיי באַלד צוריק אומגעקערט ריינע און אויסגעפּוצטע, ווי זיי האָבן געקומען; די נאַרישע אָבער האָבן זיי אים אומגעקערט צוריק פאַרשמירטע און איינגעריכטע. איז דער קיניג העכסט צופרידן געבליבן מיט די קליגערע און שטאַרק אויפגעבראַכט געוואָרן אויף די נאַרישע. וועגן די קליגערע האָט ער געהייסן: זאָל מען ווידער באַהאַלטן די קליידער אין די קיניגלעכע שאַצקאַמערן און זיי זאָל מען לאָזן גיין אַהיים בשלום; וועגן די נאַרישע האָט ער אָפּגעגעבן אַ באַפעל: מע זאָל איבערגעבן די אויסגעשמירטע קליידער אין געוועש, און זיי — זאָל מען פאַרשפּאַרן אין תפיסה.
דאָסזעלבע איז אויך, אַז עס קומט אַ צדיק אויף יענער וועלט, גייט זיין נשמה אין „צרור החיים”, אין אוצר פון אייביקן לעבן, און דער גוף זיינער בלייבט רואיק אויף זיין געלעגער. אַ רשע אָבער אַז ער קומט אַהין, ווערט די נשמה זיינע איבערגעגעבן אין „כף הקלע”, מע זאָל מיט איר שליידערן און זי זאָל זיך רייניקן, און דער גוף זיינער האָט אויך קיין רו נישט.
ר׳ אלעזר זאָגט:
— ווען אַ צדיק פעלט זיך פון דער וועלט, גייען קעגן אים אַרויס דריי כיתות גוטע מלאכים. איין כתה באַגריסט אים:
- „זאָל ער קומען מיט פרידן”;
כאַפּט אונטער די צווייטע:
- „רואיק ליגן אויף דעם געלעגער”;
פאַרענדיקט די דריטע:
- „דער וואָס איז מיטן גלייכן וועג געגאַנגען”.
ווען אָבער דער רשע ווערט פאַרלוירן פון דער וועלט, גייען קעגן אים אַרויס דריי כיתות שלעכטע מלאכים. איין כתה באַגעגענט אים מיט די ווערטער:
- „קיין פריד, זאָגט גאָט, פאַר רשעים”,
כאַפּט די צווייטע אונטער:
- „אין ווייטיקן וועט איר ליגן”;
פאַרענדיקט די דריטע:
- „נידער און ליג באַגראָבן מיט אַלע ערלים”.
אַ צדיק אַז ער שטאַרבט איז גלייך ווי אַ בית המקדש וואָלט אָפּגעברענט געוואָרן.
אין בר קפּרא׳ס נאָמען ווערט געזאָגט:
— ווער עס לאָזט טרערן אויפן טויט פון אַ ערלעכן מאַן, ציילט זיי גאָט איבער און באַהאַלט זיי ביי זיך אין שאַצקאַמער.
אַז ר׳ חיא בר אבא, בר קפּרא׳ס שוועסטער׳ס זון, איז געשטאָרבן, האָט ריש לקיש, זיין רבי, אים שטאַרק באַוויינט ווי אַן אייגענעם זון. אין דעם הספּד זיינעם האָט ער אַזוי אויסגעטייטשט די ווערטער פון שיר השירים:
- „מיין פריינד איז אַראָפּ אין גאָרטן,
- אין בייט פון בשמים,
- אַרומשפּאַצירן אין גערטנער
- און אויפקלייבן רויזן”
— „מיין פריינד”, — גאָט ברוך הוא, „איז אַראָפּ אין גאָרטן”, — אין דער וועלט זיינער, „אין בייט פון בשמים”, — צו זיינע יידן, „אַרומשפּאַצירן אין גערטנער„ — צווישן אַלע איבעריקע פעלקער, „און אויפקלייבן רויזן”, — די בעסטע און די פרומסטע.
אַזוי אַ קיניג, וואָס פלאַנצט פאַר זיין געליבסטן זון אַ גאָרטן, שיקט ער אַרום אויסקוקן וואו נאָר עס געפינט זיך אַ שיינע פלאַנצונג, טראָגט ער זי איבער און פאַרפלאַנצט זיי אין זונס גאָרטן. ווען דער זון אָבער דערצערענט שטאַרק זיין פאָטער דעם קיניג מיט זיינע שלעכטע גענג, הייסט דער קיניג אויסהאַקן פונעם זונס גאָרטן דאָס שענסטע און דאָס בעסטע. דאָסזעלבע, ווען יידן פאָלגן זייער פאָטער אין הימל, זוכט ער אויף אין דער גאַנצער וועלט צווישן אַלע פעלקער וואו אַ צדיק, נעמט אים פון דאָרט אַרויס און באַהעפט אים מיט יידן, ווי אַ שטייגער יתרו אין זיין צייט; ווען אָבער זיי דערצערענען אים, רייסט ער אויס און נעמט צו פון זיי די שענסטע און די בעסטע לייט, די גרעסטע צדיקים.
אין ר׳ אלעזר׳ס נאָמען ווערט געזאָגט:
— יעדער צדיק וואָס קומט אום דורך גויאישע הענט ווערט פאַרצייכנט ביי גאָט אין בוך. און אַז עס קומט דער יום־הדין און גאָט פרעגט ביי די מערדער: פאַרוואָס האָט איר אומגעבראַכט מיינע צדיקים? לייקענען זיי עס אָפּ און זאָגן: ניט מיר. נעמט גאָט אַרויס דעם בוך און דערווייזט זיי און טראָגט זיי אַרויס דעם פּסק.
מע שטעלט ניט קיין דענקמאָל די צדיקים; זייערע ווערטער זענען פאַר זיי אַ דענקמאָל.
גלייכער מע זאָל מיך רופן שוטה אַ גאַנץ לעבן איידער איין וויילע זיין אַ רשע פאַר גאָט.
פיר ווערן אָנגערופן רשעים: ווער עס שטרעקט אויס די האַנט עמעצן שלאָגן, אַפילו ווען ער שלאָגט ניט; ווער עס לייט און באַצאָלט נישט; ווער ס׳האָט עזות, שעמט זיך נישט פאַר אַ גרעסערן און ווער עס זוכט זיך צו קריגן.
„און די רשעים זענען ווי אַ ברויזנדער ים” — זאָגט דער נביא ישעיה. ווי די וועלן פונעם ים בלאָזן זיך אָן און הויבן זיך אויף הויך, לויפן־לויפן, און ווי זיי שלאָגן זיך נאָר אָן אין זאַמד פון ברעג ווערן זיי באַלד צעקלאַפּט און פאַלן אָפּ צוריק, און די וועלן וואָס נאָך זיי קוקן דאָס צו און דאָך בלאָזן זיי זיך ווידער, הויבן זיך אויף, לויפן און שטעלן זיך נישט אָפּ. דאָסזעלבע איז אויך מיט די רשעים: איינער זעט די מפּלה פונעם צווייטן און ער טוט זיך זיינס ווידער מיט דער אייגענער שטאָלצקייט. אַזוי, למשל, האָט זיך נישט אָפּגעלערנט דער דור הפלגה פונעם דור המבול, מצרים פונעם דור הפלגה.
ר׳ שמעון בן לקיש זאָגט:
— רשעים אַפילו אויפן טיר פון גיהנום ווערן זיי ניט בעסער.
נתאי הארבלי זאָגט:
— דערווייטער זיך פון אַ שלעכטן שכן און באַפריינדע זיך נישט מיט קיין רשע.
ר׳ יוחנן זאָגט:
— מע טאָר ניט קוקן אַ רשע אין פּנים.
רבי האָט אַמאָל געפרעגט ר׳ יהושע בן קרחה׳ן:
— מיט וואָס האָסטו זוכה געווען צו אַזאַ לאַנג לעבן?
— דיך אַרט וואָס איך לעב? — זאָגט ער.
— רבי מיינער — איך מיין נאָר צו לערנען פון דיר.
— דאָס איז דערפאַר — ענטפערט ר׳ יהושע בן קרחה — ווייל זינט איך לעב האָב איך ניט געקוקט אַ רשע אין פּנים.
אַ טובה פון רשעים איז פאַר צדיקים אַ דעה.
„וירא בלק” — בלק האָט דערזען. פיל גלייכער אַז רשעים זאָלן בלינד זיין און ניט זען; ווייל זייערע אויגן ברענגען נאָר אומגליק דער וועלט. אין דור המבול האָבן די גרויסע העלדן דערזען דעם מענטשנס טעכטער, איז דערפון אַרויס פאַר אים אַ קללה אויף קינדער און קינדס־קינדער; פּרעהס האַרן האָבן דערזען שרה׳ן, שכם בן חמור האָט דערזען דינה׳ן, יעקבס טאָכטער. און דאָ אַז „בלק האָט דערזען” איז פון דעם קיין גוטס ניט אַרויסגעקומען.
ביי דער מלחמה פון יהושפט מלך יהודה דערציילט זיך, אַז ווען די פעדערשטע טייל פון מיליטער איז אַרויסגעטראָטן קעגן דעם שונא און האָט אים שטאַרק צעקלאַפּט, זענען פאָראויס געגאַנגען די משוררים און געזונגען די לויב־ליד: „הודו לה, כי לעולם חסדו” — „לויבט גאָט, דען זיין גנאָד איז אויף אייביק”. אויף דעם האָט ר׳ יונתן באַמערקט אַזוי:
— אין דער לויב־ליד זענען אַרויסגעלאָזט די ווערטער „כי טוב” (ס׳איז גוט), ווייל גאָט ברוך הוא פרייט זיך נישט ווען עס קומען אום מענטשן, אַפילו רשעים.
דאָסזעליע האָט ר׳ יונתן געזאָגט אויך וועגן דער נאַכט, ווען די מצרים, וואָס האָבן נאָכגעיאָגט די יידן, האָבן געהאַט אַ מפּלה ביים ים. די מלאכים האָבן זיך געוואָלט צונויפנעמען און זינגען פאַר גאָט אַ לויב־ליד פאַר דער גרויסער ישועה, האָט זיי גאָט אָפּגעשטעלט. „מיינע באַשעפעניש — האָט ער זיי געזאָגט — טרינקען זיך אין ים, און איר ווילט זינגען שירה!”
אַפילו אויף אַ רשע טאָר מען ניט בעטן, ער זאָל צוגענומען ווערן פון דער וועלט. ווען גאָט וואָלט געווען צוגענומען תרח׳ן דעם געצנדינער פרי פון דער וועלט, וואָלט דער צדיק אברהם אויף דער וועלט ניט געקומען.
ר׳ שמעון זאָגט:
— די עגיפּטיאַנער האָבן געוואָרפן יידישע קינדער אין וואַסער און די אדומ׳ייער זענען אַרויס קעגן יידן מיט דער שווערד, האָט די תורה פונדעסטוועגן פאַרבאָטן זייער איינשליסן זיך אין יידן ניט ↰ 91 מער ווי ביז דריי דורות. די בני עמון ומואב אָבער, דערפאַר וואָס זיי האָבן פאַרקלערט פאַרפירן יידן אין זינד, האָט דערפאַר די תורה זייער איינשלוס אין יידן פאַרבאָטן אויף אייביק. אַ באַווייז, אַז פאַרפירן אַ מענטשן איז ערגער ווי אים צו טויטן; ווייל אַ מערדער ברענגט אום דעם מענטשן נאָר פון דער וועלט, און דער פאַרפירער ברענגט אום פון דער און פון יענער וועלט.
די געצנביימער האָט די תורה געהייסן פאַרברענען אין פייער. אויב רוימער, ניט קיין לעבעדיקע נפשות — אָן געפילן און אָן פאַרשטאַנד, נאָר ווייל דורך זיי איז אַרויסגעקומען אַ מכשול פאַר מענטשן, האָט דעריבער די תורה אָנגעזאָגט: פאַרדאַרב, פאַרברען, פאַרניכטן; היינט וואָס קען שוין קומען אַ פאַרשטאַנדיקן נפש מיט מענטשלעכע געפילן, וואָס פאַרפירט זיין גלייכן פון די לעבנס־וועגן אויף די טויט־וועגן.
די תורה האָט ווידער געהייסן צעשטויסן די אַלטאַרן פון די געצן. מיט וואָס האָבן זיך פאַרזינדיקט די העלצער און די שטיינער? ניט מער ווייל דורך זיי איז אַרויסגעקומען אַ מכשול פאַר מענטשן, האָט דעריבער די תורה אָנגעזאָגט, מע זאָל זיי צעשטויסן. איז דאָך שוין לייכט צו פאַרשטיין: אויב שטיינער, אָן פאַרדינסט און אָן שולד, ניט גוטע און ניט שלעכטע, קומט זיי צעשטויסן ווערן, ווייל דורך זיי איז אַרויס אַ מכשול דעם מענטשן; היינט וואו קען שוין קומען אַ מענטשן אַ בר דעת מיט אַ אייגענעם רצון, וואָס ברענגט יענעם צו זינד און פירט אים אַראָפּ פון לעבנס־וועג אויפן וועג פון טויט.
ר׳ יהושע פלעגט זאָגן:
אַ חסיד אַ שוטה, אַ רשע אַ שלויער, אַ פרוי אַ „וצדקתך” און שלעק־פרומאַקעס — זענען ניט מער ווי שלעק פאַר דער וועלט.
וועלכער הייסט אַ חסיד אַ שוטה? אַז ער זעט אַ שטייגער אַ קינד טרינקט זיך אין טייך און ער זאָגט: נאָכדעם וואָס איך וועל אויסטאָן די תפילין וועל איך אים רעטן, און ביז ער רירט זיך די תפילין אויסטאָן קומט דערווייל דאָס קינד אום; צי, למשל, ער זעט אַ פרוי זינקט אין טייך, קווענקלט ער זיך זי צו רעטן — ווייל עס פּאַסט אים כלומרשט נישט צו קוקן אויף אַ נאַקעטע פרוי; צי אַז ער באַקומט אַ ערשט־צייטיקע פרוכט, וויל ער זיך כלומרשט ניט נאָכגעבן צו פאַרזוכן עס און זאָגט: דעם ערשטן וואָס איך וועל באַגעגענען וועל איך עס אים אָפּגעבן — אַזעלכער הייסט אַ חסיד אַ שוטה.
וועלכער הייסט אַ רשע אַ שלויער? אַז ער טענהט איין מיטן דיין פריער איידער דער צווייטער בעל דין קומט.
ר׳ אבהו זאָגט: דער וואָס גיט אַ רענדל דעם אָרעמאַן, עס זאָל ביי אים דורך דעם ווערן פול די סומע ביז צוויי הונדערט גילדן, און ממילא וועט ער שוין, לויט דעם דין, זיך ניט רעכענען פאַר קיין אָרעמאַן און מער ביי קיינעם ניט טאָרן נעמען קיין צדקה.
אין נאָמען פון רב ששת זאָגט מען: דער וואָס צילט דערויף אַלעמען צו פּלעפן מיט זיינע גענג. רב זריקא זאָגט: דער וואָס פאַר זיך איז ער אַ מקיל 1) און פאַר יענעם אַ מחמיר 2).
וועלכע הייסט אַ פרוי אַ „וצדקתך”? — אַ מיידל, למשל, אַ דאַווענערין צי אַ פּאַסטערין, צי אַן אלמנה אַ גבאיטע, לויפט פון שכן צו שכן אָפּצושפּרעכן אַ גוט־אויג וכדומה.
וועלכע הייסן שלעק־פרומאַקעס? זיבענערליי מינים זענען פאַראַן: פרומאַק־שכם׳ניק 3), וואָס טוט אַלץ צוליב אייגענער הנאה; פרומאַק־שטיל־קעצעלע, וואָס גייט מיט קליינע שטילע טרעטעלעך; פרומאַק־קאָפּ־אין־וואַנט, גייט תמיד אַרום מיט פאַרמאַכטע אויגן און שלאָגט זיך אָן אַלעמאָל מיטן שטערן אין אַ וואַנט; פרומאַק־אייבערשטייסל, גייט כסדר איינגעבויגן מיט אַ אַראָפּגעלאָזטן קאָפּ ווי דאָס אייבערשטע פון שטייסל; פרומאַק־וואָס־נאָך־מוז־איך טון? פרומאַק אויס ליבע כלומרשט צו גאָט; פרומאַק אויס כלומרשט גאָטספאָרכטיקייט.
1) מאַכט זיך גרינג, בנוגע צו זיין אויפפיררעכטס. 2) אַ שטרענגער. 3) ווי אַמאָל שכם בן חמור, וואָס האָט אָנגענומען יידישקייט צוליב דינה.
דער קיניג ינאי פלעגט זאָגן זיין פרוי:
שרעק זיך נישט, ניט פאַר פּרושים 1) און ניט פאַר די ניט־פּרושים, נאָר פאַר די צבועקעס, וואָס טוען אָפּ מעשים ווי זמרי און פאַרלאַנגען לוין ווי פּנחס.
מ׳האָט געפרעגט ביי דער חכמה: אַ זינדיקער — וואָס פאַר אַ שטראָף קומט אים?
— „די זינדיקע זאָל דאָס שלעכטס פאַרפאָלגן” 2) — האָט זי געענטפערט.
האָט מען געפרעגט דאָסזעלבע ביי דער נבואה.
— „די זינדיקע זעל זאָל שטאַרבן” 3) — האָט זי געענטפערט
פרעגט מען דאָס זעלבע ביי דער תורה.
— דער זינדיקער זאָל ברענגען אַ שולדאָפּפער, וועט ער ריין ווערן — האָט זי געענטפערט:
פרעגט מען ביי גאָט.
— זאָל ער תשובה טון! — האָט גאָט געענטפערט.
אין שכנות מיט ר׳ מאיר׳ן האָבן געוואוינט הולטייעס, פלעגן זיי אים אָנטאָן גרויסע ליידן. ס׳איז אים אַזוי פאַרגאַנגען, אַז ער האָט אָנגעהויבן צו בעטן גאָט, זיי זאָלן שטאַרבן. האָט עס דערהערט זיין ווייב ברוריה, זאָגט זי אים:
1) מענטשן פון דער גרעסטער פאָלקס־פּאַרטיי אין דער צייט פון בית שני. 2) אַ פּסוק אין משלי, דאָס בוך פון חכמה. 3) אַ פּסוק אין ספר פונעם נביא יחזקאל.
— ווי פאַלט דיר עס אויס? אַפּנים דו שמעלסט דערויף וואָס דער משורר אין תהלים האָט אויך געבעטן: „יתמו חטאים” — עס זאָלן ↰ 94 אומקומען די חטאים, „ורשעים עוד אינם” — און רשעים זאָלן מער ניט זיין. דער מיין איז אָבער אַזוי: ניט די זינדיקע, נאָר די זינד זאָלן אומקומען, וועלן שוין רשעים ממילא מער ניט זיין. גלייכער בעט גאָט ער זאָל זיי אַריינשיקן אַ זינען, זיי זאָלן בעסער ווערן, וועלן די רשעים מער ניט זיין.
האָט ר׳ מאיר אַזוי געטאָן, געבעטן גאָט און זיי האָבן תשובה געטאָן.
אין שכנות מיט ר׳ זירא׳ן האָבן געוואוינט הולטייעס. פלעג זיי ר׳ זירא מקרב זיין, כדי ער זאָל אויף זיי ווירקן אויף וויפיל ס׳איז אויסבעסערן זיי. האָבן די איבעריקע חכמים דערפאַר געהאַט אויף אים פאַרדרוס. אַז ר׳ זירא איז געשטאָרבן האָבן זיינע שכנים די הולטייעס זיך פאַרקלערט: ביז היינט — האָבן זיי געזאָגט — איז דער קלייניטשקער 1) געווען דער איינציקער וואָס האָט אונדז נישט אָפּגעשטויסן און פאַר אונדז גאָט געבעטן; איצט ווער וועט זיך פאַר אונדז איינשטעלן. האָבן זיי זיך גענומען צום האַרצן און פון דעמאָלט אָן געוואָרן לייטישע מענטשן.
ר׳ אליעזר זאָגט:
— טו תשובה אַ טאָג פאַרן טויט.
פרעגן אים די תלמידים: ווייסט דען אַ מענטש דעם טאָג פון זיין טויט?
— אַדרבה — ענטפער ער זיי — זאָל דער מענטש טאַקע היינט תשובה טון, טאָמער וועט ער מאָרגן שטאַרבן, וועט ער ממילא אַלע זיינע טעג תשובה טון.
דאָסזעלבע האָט שלמה המלך געזאָגט: אין יעדער צייט זאָלן זיין דיינע קליידער ווייס און בוימל אויף דיין קאָפּ זאָל ניט פעלן.
1) ר׳ זירא איז געווען קליין אין וואוקס.
ר׳ יוחנן בן זכאי האָט אויף דעם געזאָגט אַ משל:
— אַ קיניג האָט אַמאָל איינגעלאַדן זיינע קנעכט צו זיך אויף אַ מאָלצייט און קיין צייט ניט באַשטימט. די קליגערע פון זיי האָבן זיך אויסגעפּוצט און געזעסן גרייט ביים קיניגלעכן פּאַלאַץ; זיי האָבן פאַרשטאַנען, אַז אין קיניגלעכן הויז קען גאָרנישט אויספעלן. די נאַרישע זענען זיך אַוועקגעגאַנגען יעדער צו זיין באַשעפטיקונג, זיי האָבן געטראַכט: אַ מאָלצייט קומט ניט אָן אַזוי גרינג, ס׳מוז געדויערן. פּלוצלינג האָט דער קיניג אויפגעפאָדערט די קנעכט זיי זאָלן באַלד קומען. די קליגערע זענען באַלד אַריין פיין אויסגעפּוצטע; די נאַרישע אָבער זענען געקומען אויסגעשמירטע. איז דער קיניג העכסט צופרידן געבליבן מיט די קלוגע און שטאַרק אויפגעבראַכט געוואָרן אויף די נאַרישע. האָט ער באַפוילן: די וואָס האָבן זיך צום מאָלצייט צוגעגרייט זאָלן זיך זעצן עסן און טרינקען, און די וואָס זענען ניט גרייט געווען זאָלן שטיין און צוקוקן.
— דאָס וואָלט זיי נאָך אַזוי ניט געאַרט — האָט מען אויף דעם געזאָגט אין ר׳ מאיר׳ס נאָמען — זיי וואָלטן אויסגעזען ווי באַדינער ביים מאָלצייט; ווי דען? סיי די סיי יענע וועלן זיצן ביים טיש, די וועלן עסן און יענע וועלן הונגערן, די וועלן טרינקען און יענע דאָרשטיק בלייבן, ווי דער פּסוק זאָגט:
- אַזוי זאָגט גאָט:
- מיינע קנעכט וועלן עסן
- און איר וועט הונגערן;
- מיינע קנעכט וועלן טרינקען
- און איר וועט דאָרשטן.
- מיינע קנעכט וועלן זינגען פאַר וואוילטאָג
- און איר וועט שרייען פון האַרצווייטיק.
ר׳ יעקב זאָגט:
— די וועלט איז ווי אַ פאָרהויז צי יענער וועלט; גרייט זיך צו אין פאָרהויז, כדי זאָלסט ווי געהעריק אַריינקומען אין זאַל.
דערזעלבער פלעגט זאָגן:
— בעסער איין וויילע תשובה און גוטע מעשים אויף דער וועלט פון דער גאַנצער יענער וועלט; און בעסער איין וויילע פון צופרידנהייט אויף יענער וועלט פון דעם גאַנצן עולם־הזה.
„דאָס פאַרדאָרבענע לאָזט זיך ניט פאַרריכטן און אַ פעלער לאָזט זיך נישט אויסבעסערן” — אַזוי זאָגט קהלת. אויף דער וועלט איז עס נאָך מעגלעך, אויף יענער וועלט אָבער איז פאַרפאַלן.
עס לעבן זיך, אַ שטייגער, אויף דער וועלט צוויי חברים, ביידע גלייך געזונטיקט; איינער פון זיי אָבער האָט פאַרכאַפּט פאַרן טויט און תשובה געטאָן, און דער אַנדערער איז געשטאָרבן אָן תשובה. קומען זיי ביידע אויף יענער וועלט. לאָזט זיך אויס אַז דער ערשטער געפינט זיך אין געזעלשאַפט פון צדיקים, און דער אַנדערער צווישן רשעים. דערזען זיין חבר צווישן צדיקים, שרייט יענער אויס: וויי איז מיר! דאָ איז אויך פאַראַן משא־פּנים 1)? איך מיט דעם דאָזיקן האָבן מיר ביידע צוזאַמען געגנבעט, צוזאַמען געגזלט, צוזאַמען איבערגעטאָן אַלע שלעכטע מעשים אין דער וועלט, צום סוף איז ער אַריין אין געזעלשאַפט פון צדיקים, און איך צווישן רשעים.
— נאַר איינער! — ענטפערט מען אים דערויף — ווייסטו דען ניט אַז דיין חבר האָט תשובה געטאָן?
— לאָזט מיך, גיי איך באַלד און טו תשובה.
— נאַר איינער! ווייסטו דען ניט, אַז מע גרייט זיך ניט צו ערב־שבת האָט מען נישט וואָס צו עסן שבת; אַז מע גרייט זיך ניט צו אויף דער יבשה האָט מען נישט וואָס צו עסן אין מדבר; און אַז מען אַקערט ניט און מען זייט ניט און מע שניידט ניט אין זומער האָט מען ניט וואָס צו עסן ווינטער. אַזוי אויך דער וואָס האָט זיך ניט פריער צוגעגרייט דאָרט, אויף דער וועלט, פון וועלכער דו ביסט געקומען, האָט ניט וואָס צו געניסן דאָ אויף דער וועלט. דערהערט דאָס בלייבט דעם רשע איבער, נאָר צו קריצן מיט די ציין און אויפפרעסן זיך אַליין.
1) שוינען איינעם צוליב זייטיקע פּניות.
הלל פלעגט זאָגן:
— אויב ניט איך אַליין פאַר זיך — ווער דען פאַר מיר? און ווען איך נאָר פאַר זיך — וואָס בין איך? און אויב ניט איצט — ווען דען?
אַז ירמי האָט גערופן דאָס פאָלק צו תשובה, האָבן זיי אים געזאָגט:
— לערער אונדזערער, מיט וואָס פאַר אַ פּנים וועלן מיר קומען פאַר גאָט? ווייניק האָבן מיר אים דערצערנט? ווינציק האָבן מיר אים דערווידער געטאָן? זענען דען פאַרשווינדן פון דער וועלט די בערג און טאָלן, וואו מיר האָבן עבודה זרה געדינט?
גייט ירמי און גיט־איבער די ווערטער פאַר גאָט.
— גיי זאָג זיי — רופט זיך אָן גאָט — אַז איר קומט צו מיר, קומט איר דען פאַר אַ פרעמדן, ניט פאַר אייער פאָטער אין הימל?
„עפן מיר, שוועסטער מיינע” — בעט זיך דער פריינד ביי זיין באַגערטער אין שיר השירים — עפענט מיר, קינדער מיינע, בעט זיך גאָט ביי יידן — אַ קליין טירעלע פון תשובה עפענט מיר, ווי אַ שפּילקע קעפּל די גרויס, וועל איך שוין פאַר אייך עפענען טירן ברייטע און גרויסע, וואוהין מע וועט קענען מיט וועגן און פירן אַריינפאָרן.
ר׳ שמעון בן לקיש פלעגט זאָגן:
— קומט איינער זיך פאַראומרייניקן, עפענט מען אים; קומט איינער זיך רייניקן, העלפט מען אים.
דערויף האָט איינער פון ר׳ ישמעאלס שולע אַזאַ ביישפּיל געגעבן: איינער וואָס האָט צו פאַרקויפן נעפט און באַלזאַם. קומט עמעצער קויפן נעפט, זאָגט אים דער קרעמער: מעסט זיך אַליין אָן; קומט איינער קויפן באַלזאַם, זאָגט יענער אים: וואַרט, איך וועל דיר העלפן מעסטן, וועלן מיר זיך צוזאַמען אָננעמען אַ גוטן ריח.
רבנו הקדוש האָט געזאָגט אין דער דרשה:
— גרויס איז דער כח פון תשובה. גענוג אַז דער מענטש פאַרטראַכט נאָר צו טון תשובה, הייבט זי זיך גלייך אויף, שניידט דורך אַלע זיבן הימלען און גלייכט שטיין פאַרן כסא הכבוד.
אין נאָמען פון יהודה נשיאה ווערט געזאָגט:
— פאַרשטעלט פאַר די מלאכים, וואָס אַרום זיין כסא הכבוד, פון אונטער זייערע פליגלען אַרויס, שטרעקט אויס גאָט זיין האַנט אויפצונעמען די בעלי־תשובה, כדי אויסצומיידן די מידת הדין.
אין נאָמען פון ר׳ שמעון בן יוחאי ווערט געזאָגט:
— אַפילו מנשה, דער גרויסער זינדיקער, בשעת ער האָט תשובה געטאָן, האָט גאָט פאַר זיין תפילה געמאַכט אין הימל אונטער דעם כסא הכבוד אַ מין אונטערגראָבן, דורך וואַנען די תשובה האָט זיך דורכגעשפּאַרט און צו אים אַרויפגעשטיגן — אויסגעמיטן די מידת הדין.
ר׳ חמא בר חנינא זאָגט:
— וויכטיק איז תשובה: זי ברענגט אַ רפואה דער קראַנקער זינדיקער וועלט.
ר׳ יוחנן זאָגט:
— וויכטיק איז תשובה: זי ברענגט אַן אויסלייזונג דער וועלט.
ריש לקיש זאָגט:
— וויכטיק איז תשובה: זי צערייסט דעם ברייטן גזר־דין פון מענטשן.
ווען אַפילו דער גזר־דין איז שוין געחתמעט האַלט זי אָפּ די שטראָף.
ר׳ יונתן זאָגט:
— וויכטיק איז תשובה: זי פאַרוואַנדלט מיטוויליקייטן אין אומגערנדיקע פעלער.
וועלכער הייסט אַ בעל תשובה? לויט רב יהודה׳ס מיינונג איז דער פאַררעכנט פאַר אַ בעל תשובה, וועמען ס׳איז געקומען צו דער האַנט עפּעס אַן עבירה איין מאָל און צוויי מאָל און ער האָט זיך אָפּגעהאַלטן.
ר׳ מתיא בן חרש האָט געפרעגט ביי ר׳ אלעזר בן עזריה אין רוים:
— קענסטו מיר ניט איבערגעבן די פיר פאַרשידענע אַרטן פון פאַרגיבן דעם מענטשנס זינד, וועלכע ר׳ שמואל האָט ערקלערט אין זיינער אַ דרשה?
— יאָ — האָט אים ר׳ אלעזר בן עזריה געענטפערט — אויף דריי פון זיי האָט תשובה אַ ווירקונג, אויף איינעם ניט. האָט עמעצער איבערגעטראָטן אַ געבאָט און האָט דערנאָך אויף דעם באַלד תשובה געטאָן, איז מען אים באַלד מוחל; האָט ער איבערגעטראָטן אַ פאַרבאָט און תשובה געטאָן — בלייבט די זינד הענגען און יום כיפּור איז מכפּר; איז דער מענטש באַגאַנגען אַ שווערן פאַרברעכן פאַר וועלכן עס קומט כרת, אָפּגעשניטענע יאָר, אָדער טויט־שטראָף, און ער האָט תשובה געטאָן, איז סיי די תשובה סיי יום כיפּור לאָזן די זינד הענגען, און שווערע ליידן לייטערן אויס. ווער עס האָט אָבער באַגאַנגען אַ זינד פון חילול השם, איז נישט תשובה אין שטאַנד צו לאָזן די זינד הענגען און ניט יום כיפּור צו פאַרגעבן און ניט ליידן צו לייטערן, נאָר דער טויט אַליין האָט בכח דעם זינדיקן אויסצולייטערן.
אין נאָמען פון ר׳ יוחנן האָט מען געזאָגט:
— דאָס שפּעטערדיקע גליק, וועלכע די נביאים האָבן פאָראויסגעזען, איז נאָר פאַר בעלי־תשובה; דאָס צוגעגרייטע אָבער פאַר עכטע צדיקים האָט „קיין אויג ניט געזען, אויסער דיר גאָט אַליין”.
ר׳ אבהו זאָגט:
דאָס פּלאַץ וואו בעלי־תשובה שטייען, קענען אַפילו קיין עכטע צדיקים ניט פאַרנעמען.
אויף אליעזר בן דורדיא דערציילט מען, אַז ער האָט ניט דורכגעלאָזט אויף דער וועלט קיין איין אויסגעלאַסענע פרוי, ער זאָל זיך מיט איר ניט צונויפקומען. איינמאָל האָט ער געהערט, אַז ערגעץ ווייט אין אַ גרויסער שטאָט געפינט זיך איינע זייער אַ שיינע פרוי, וואָס נעמט פאַר אַ באַזוך אַ גאַנצן בייטל געלט. נעמט ער מיט זיך אַ בייטל געלט און לאָזט זיך אַוועק צו יענער פרוי, שניידט דורך צוליב איר זיבן טייכן, ביז ער האָט זיך צו איר דערשלאָגן. אינמיטן פאַרוויילן מיט אים גיט זי אַ בלאָז און צעלאַכט זיך.
— ביסט שוין אַ פאַרפאַלענער! — זאָגט זי — אָט ווי דער בלאָז איז אַוועק און קומט ניט צוריק, אַזוי איז שוין פאַר אליעזר בן דורדיא ניטאָ קיין וועג צוריק.
די ווערטער האָבן אים געטראָפן אין האַרצן. אָן אַ קאָפּ איז ער אַוועק פון איר, זיך אַרומגעבלאָנקעט אַ צערודערטער און האָט זיך קיין אָרט ניט געקענט געפונען. געקומען צווישן בערג און היגלען, זעצט ער זיך אַנידער און זאָגט אַזוי:
— בערג און היגלען, בעט רחמים פאַר מיר!
ענטפערן זיי אים: איידער בעטן פאַר דיר, אַ מער וועלן מיר בעטן פאַר זיך אַליין, ווייל אויך
- „די בערג וועלן אויסגעריסן ווערן
- און די היגלען וועלן איינפאַלן”.
ווענדט ער זיך צו הימל און ערד:
— הימל און ערד, בעט רחמים פאַר מיר!
ענטפערן זיי אים: איידער בעטן פאַר דיר, אַ מער וועלן מיר בעטן פאַר זיך אַליין, ווייל אויך
- „די הימלען וועלן ווי רויך צערינען ווערן
- און די ערד ווי אַ קלייד וועט ווערן פאַרפוילט”.
ווענדט ער זיך צו זון און לבנה:
— זון און לבנה, בעט רחמים פאַר מיר!
ענטפערן זיי אים: איידער בעטן פאַר דיר, אַ מער וועלן מיר בעטן פאַר זיך אַליין, ווייל אויך
- „די לבנה וועט ווערן פלאַם
- און די זון וועט פאַרשעמט ווערן”.
ווענדט ער זיך צו די שטערן און פּלאַנעטן:
— שטערן און פּלאַנעטן, בעט רחמים פאַר מיר!
ענטפערן זיי אים: איידער בעטן פאַר דיר, אַ מער וועלן מיר בעטן פאַר זיך אַליין, ווייל אויך
- „צעקראָכן וועט ווערן
- דאָס גאַנצע הימל הערשאַפט”.
בלייבט ער זיצן מיט אַ אַראָפּגעלאָזטן קאָפּ: הייסט עס, עס געווענדט זיך ניט אין קיינעם נאָר אין מיר אַליין. האָט ער פאַרבויגן טיף דעם קאָפּ צווישן די קני און האָט אַזוי לאַנג, אַזוי פיטער געיאָמערט ביז די נשמה איז אים אויסגעגאַנגען.
איז אַ בת קול אַרויס און אויסגערופן:
— ר׳ אליעזר בן דורדיא איז גרייט צום אייביקן לעבן.
ווען די מעשה איז אָנגעקומען צו רבין האָט ער זיך צעוויינט און געזאָגט:
— אַן אַנדערער פאַרדינט זיין אייביקע וועלט דורך מי פון לאַנגע יאָרן און איינער — אין אַ קליינער וויילע!
און נאָך האָט רבי געזאָגט דערויף:
— ניט גענוג וואָס אַ בעל תשובה ווערט אויפגענומען, קרוינט מען אים נאָך מיטן נאָמען רבי!
רב אדא בר אהבה זאָגט:
— אַז איינער באַגייט אַ זינד און איז זיך דערויף מתוודה, און האַלט זיך דערנאָך פון איר ניט אָפּ, איז גלייך צו איינעם וואָס האַלט אַ שרץ אין האַנט און טובלט זיך אָפּ אַפילו אין אַלע ימים פון דער וועלט, העלפט עס אים ניט. וואַרפט ער אָבער אַוועק דעם שרץ, איז גענוג פאַר אים ער זאָל זיך טובל זיין אין אַ מקווה, ווערט ער באַלד ריין — ווי דער פּסוק אין משלי זאָגט: „דער וואָס איז זיך מודה און פאַרלאָזט — ווערט ער געשוינט”.
זאָגט איינער: איך וועל זינדיקן און תשובה טון, זינדיקן און תשובה טון — דערלאָזט מען אים ניט צו תשובה.
ווען איינער רויבט אַוועק ביי איינעם אַ באַלקן און בויט אים איין אין אַ פּאַלאַץ, זאָגן די בית שמאי: ער מוז צעוואַרפן דעם גאַנצן פּאַלאַץ און דעם באַלקן צוריקקערן דעם אייגנטימער. בית הלל זאָגן: גענוג ער זאָל באַצאָלן דעם אייגנטימער די ווערט פונעם באַלקן: מע דאַרף צו פאַרגרינגערן דעם בעל תשובה.
געווען איינער וואָס האָט געוואָלט תשובה טון, זאָגט אים דאָס ווייב: בהמה, אויב דו נעמסט זיך תשובה טון, וועסטו דאַרפן אויסטאָן פון זיך אַפילו דעם גאַרטל וואָס דו טראָגסט. און דאָס האָט אים אָפּגעהאַלטן פון תשובה.
און צוליב דעם האָבן די חכמים מתקן געווען: גזלנים און פּראָצענטניקעס וואָס ווילן תשובה טון, — זאָל מען ביי זיי ניט צוריקנעמען דאָס אָנגערויבטע; און דער וואָס נעמט יאָ אָפּ צוריק, בלייבן די חכמים פון אים ניט צופרידן.
אין אַלע צייטן זאָל מען אַ זינדיקן מענטשן מיט דער לינקער האַנט אָפּשטויסן און מיט דער רעכטער האַנט מקרב זיין.
ווער עס ברענגט אַ רבים צו גוטס, קומט דורך אים קיינמאָל קיין זינד ניט אַרויס, כדי עס זאָל ניט אויסקומען, ער זאָל זיין אין גיהנום און זיינע תלמידים אין גן עדן; ווער, פאַרקערט, ברענגט אַ רבים צו זינד, דערלאָזט מען אים קיינמאָל צו תשובה, כדי עס זאָל ניט אויסקומען, ער זאָל זיין אין גן עדן און זיינע תלמידים אין גיהנום.
אנטיגנוס איש סוכו פלעגט זאָגן:
— זייט נישט ווי קנעכט, וואָס דינען דעם האַר צוליב באַקומען לוין; נאָר זייט ווי קנעכט וואָס דינען דעם האַר ניט צוליב באַקומען לוין.
האָט אנטיגנוס געהאַט צוויי תלמידים, וואָס פלעגן לערנען זיינע ווערטער און איינלערנען זיי מיט תלמידים און די תלמידים מיט זייערע תלמידים. האָבן די שפּעטערדיקע תלמידים גענומען זיך איינטראַכטן אין די ווערטער, „ווי קומט עס — האָבן זיי געזאָגט — אונדזערע לערער זאָלן אַזוינס זאָגן? איז דען רעכט, אַז אַן אַרבעטער זאָל אָפּאַרבעטן אַ גאַנצן טאָג און זאָל פאַרנאַכט ניט באַקומען זיין לוין? נאָר מסתמא אונדזערע לערער זאָלן וויסן, אַז ס׳איז פאַראַן אַן אַנדער וועלט און אַז עס וועט זיין תחית המתים, וואָלטן זיי אַזוי ניט געזאָגט”. דאָס האָט זיי געבראַכט דערצו, אַז זיי האָבן געשלאָסן אָפּטיילן זיך פון דער תורה — און פון יענע זענען אַרויסגעקומען צוויי אָפּגעפאַלענע סעקטן: צדוקים און ביתוסים, נאָכן נאָמען פון די צוויי עלטערן פון צוויי פאַמיליען כהנים, צדוק אין ביתוס, די ערשטע וואָס זענען זיך צעגאַנגען מיט די פּרושים. ביי אַזעלכע מיינונגען, פלעגן די אַלע, וואָס האָבן געקערט צו די דאָזיקע סעקטן, זיך באַמיען וואָס מער געניסן אויף דער וועלט, זיך אויפפירן ווי נאָר מעגלעך ברייטער און רייכער, און לעבן פריילעך און לייכטזיניק ↰ 105 אַ גוטן טאָג. „די פּרושים — פלעגן זיי זאָגן — האַלטן זיך אין זייער דרך, אָפּצוקומען אַלע זייערע יאָרן — האָבן זיי גאָר נישט, ניט די וועלט ניט יענע וועלט”.
ר׳ עקיבא פלעגט זאָגן:
— אַלעס איז פאָראויסגעזען און די פרייהייט איז דאָך געגעבן 1) און די וועלט ווערט געריכטעט מיט גוטן — און אַלעס לויט די מערהייט טאַטן 2).
ער פלעגט נאָך זאָגן:
— אַלעס ווערט איינגעלייגט אַלס משכון, און אַ נעץ איז פאַרשפּרייט פאַר אַלע לעבעדיקע. די קראָם איז אָפן, דער קרעמער גיט אויף באָרג. דאָס בוך איז אָפן און די האַנט פאַרשרייבט, און ווער עס וויל באָרגן, זאָל קומען און באָרגן, און די אויפמאָנער גייען שטענדיק טאָג־טעגלעך אַרום און רעכענען זיך אָפּ מיטן מענטשן, סיי ער ווייסט דערפון סיי ניין. און זיי האָבן אויף וואָס זיך אָנצושפּאַרן, און דער משפּט איז אַ ריכטיקער, און אַלעס איז גרייט צום מאָלצייט.
ר׳ אלעזר זאָגט:
— ווייס פאַר וועמען דו באַמיסט זיך און ווער האָט די אַרבעט ביי דיר געשטעלט, דען ער וועט דיר אָפּצאָלן לוין פאַר דיין מי.
ר׳ טרפון זאָגט:
דער טאָג איז קורץ, די אַרבעט איז פיל, די אַרבעטער זענען פויל, די לוין איז גרויס און דער בעל הבית דרענגט.
1) גאָט זעט אַלעס פאָראויס, און דאָך בלייבט דער מענטש פריי אין זיינע מעשים.
2) גאָט איז אין זיין משפּט ניט איבעריק שטרענג, און אויב די וועלט פאַרמאָגט דאָס רוב גוטע מעשים, וועגט דאָס איבער.
ער פלעגט זאָגן:
— ניט דו מוזט די מלאכה פאַרענדיקן, ביסט אָבער אויך ניט פריי זי אָפּשטעלן; האָסטו געלערנט פיל תורה וועסטו באַקומען פיל לוין; און דער וואָס האָט די אַרבעט ביי דיר געשטעלט איז באַגלויבט אַז ער וועט דיר אָפּצאָלן לוין פאַר דיין מי, און ווייס אַז די לוין פון די צדיקים איז אויף דער קומענדיקער צייט.
עקביא בן מהללאל זאָגט:
— טראַכט זיך איין אין דריי זאַכן וועסטו ניט קומען צו קיין פאַרברעכן: ווייס פון וואַנען ביסטו געקומען? און וואוהין גייסטו? און פאַר וועמען דיר שטייט־פאָר אָפּצוגעבן רעכענונג? — פון וואַנען ביסט געקומען? — פון אַ פאַרשטונקענעם טראָפּן. וואוהין גייסטו — אין אַן אָרט פון שטויב און ווערעם; און פאַר וועמען שטייט דיר פאָר אָפּצוגעבן חשבון? — פאַרן קיניג איבער אַלע קיניגן, גאָט ברוך הוא.
רבי זאָגט:
— טראַכט זיך איין אין דריי זאַכן וועסטו ניט קומען צו קיין פאַרברעכן: ווייס וואָס איבער דיר? — אַ אויג וואָס זעט, אַ אויער וואָס הערט, און אַלע דיינע טאַטן ווערן פאַרשריבן אין בוך.
בן עזאי זאָגט:
— די לוין פאַר אַ מצווה — איז די מצווה אַליין, די שטראָף פאַר אַן עבירה — איז די עבירה אַליין.
רבי זאָגט:
— זיי געוואָרנט מיט אַ גרינגער מצווה ווי מיט אַ האַרבער, ווייל דו קענסט ניט וויסן די לוין פאַר די מצוות. און באַרעכן דעם שאָדן פון דער מצווה קעגן איר רווח, און דעם רווח פון דער עבירה קעגן איר שאָדן.
ר׳ חיא האָט געלערנט:
פאַר וואָס האָט גאָט פאַר יידן אין דער תורה ניט אַנטדעקט די לוין פון יעדער מצווה? דאָס קען מען ערקלערן מיט אַזאַ משל: אַ קיניג האָט געלאָזט פלאַנצן פאַר זיך אַ גאָרטן, האָט ער געבראַכט אַרבעטער און האָט זיי פאָראויס ניט אויסגעזאָגט די לוין וואָס זיי וועלן באַקומען פאַר פאַרשידענע פלאַנצונגען, כדי זיי זאָלן די גאַנצע צייט זיך ניט אָפּגעבן נאָר מיט יענע פלאַנצונגען, פאַר וועלכע מע באַקומט מער לוין, און דורך דעם וועט דער גאָרטן ניט אַרויסקומען אַזוי שיין און גאַנץ, ווי דער קיניג האָט פאַרטראַכט. דאָסזעלבע איז אויך מיט דער „תורה”: ווען גאָט וואָלט פריער אַנטדעקן די לוין פון יעדער מצווה, וואָלטן יידן זיך נאָר געהאַלטן פאַר יענע מצוות, וואָס די לוין זייערע איז גרויס און וואָלטן פאַרנאַכלעסיקט די איבעריקע. דורך דעם וואָלט די תורה ניט אינגאַנצן אויסגעפילט געוואָרן לויט דעם רצון פון גאָט ברוך הוא.
ר׳ שמעון בן יוחאי האָט געלערנט:
— פאַר צוויי מצות האָט גאָט ברוך הוא יאָ אַנטדעקט די לוין אין דער תורה, איינע גאָר פון די גרינגסטע: ניט צונעמען די מוטער פון די נעסט־פייגעלעך; און איינע פון די האַרבסטע: ערלעך האַלטן עלטערן און פאַר ביידע ווערט צוגעזאָגט אַ גלייכער לוין: לאַנג לעבן.
בן הא הא זאָגט:
— לויט דער מי די לוין.
— „אָפּהיטן זאָלסטו די געבאָטן, וועלכע איך זאָג דיר אָן היינט צו טון זיי” — זאָגט די תורה. אויף דעם זאָגט ר׳ יהושע בן לוי: „היינט צו טון” אָבער ניט מאָרגן, אויף יענער וועלט; „היינט צו טון זיי” אָבער ניט היינט, אויף דער וועלט, צו באַקומען לוין.
ר׳ יעקב זאָגט:
— ניטאָ איין געבאָט אין דער תורה, ביי וועלכעס עס שטייט אַרויסגעשטעלט די לוין, עס זאָל ניט ווייזן אויף תחית המתים: ביי ערלעך האַלטן עלטערן שטייט: „דערפאַר וועסטו האָבן לאַנגע יאָר און עס וועט דיר וואויל זיין”, און ביי אַוועקשיקן די מוטער פון דער נעסט שטייט אויך דאָס זעלבע. היינט אַז איינעם האָט דער פאָטער געהייסן: גיי אַרויף אויפן דאַך און ברענג מיר פון דאָרט טייבעלעך, פאָלגט ער דעם פאָטער, גייט־אַרויף אויפן דאַך און לאָזט־אָפּ, ווי די תורה הייסט, די מוטער פון די טייבעלעך און נעמט צו די קינדערלעך, און צוריקוועגס, נאָכדעם וואָס ער האָט געטאָן ביידע געבאָטן, פאַלט ער אַראָפּ און ווערט געהרגעט, — וואו איז דאָס וואויל פון דעם און וואו זענען די לאַנגע יאָר זיינע? ניט אַנדערש אַז די לאַנגע יאָרן מיינט מען אויף יענער וועלט, וואו דאָס לעבן איז אומענדלעך, און דאָס וואויל זיין איז אויך אויף יענער וועלט, וואָס זי איז לויטער וואויל.
„זע, איך לייג אייך היינט פאָר די ברכה און די קללה; די ברכה — אויב איר וועט פאָלגן... און די קללה — אויב איר וועט ניט פאָלגן” — אָט דאָס וואָס משה האָט געוואָרנט די יידן, קען מען גלייכן צו איינעם אַ געניטן, וואָס איז געזעסן אויף אַ שיידע־וועג, וואו צוויי וועגן צעטיילן זיך: איין וועג איז אין אָנהייב פאַרוואַקסן מיט דערנער, צום סוף אָבער איז ער גלייך און גלאַט; דער צווייטער, פאַרקערט: הייבט זיך אָן ↰ 109 גלייך און גלאַט און ענדיקט זיך מיט דערנער. פלעגט דער געניטער וואָרענען אַלע דורכגייער און זיי ראַטן: זעט איר דעם וועג? — קוקט ניט וואָס ער הייבט זיך אָן מיט דערנער, פאָלגט מיך און גייט מיט אים, ווייל דערנאָך איז ער גלייך און גלאַט. אַ קלוגער פאָלגט און לאָזט זיך אויף־דעם וועג, מיט זיך איין אַביסל, אָבער דערנאָך גייט ער בשלום און קומט בשלום. די אָבער וואָס פאָלגן נישט, לאָזן זיך גיין מיט דעם אַנדערן וועג, פאַלן זיי צום סוף אַריין.
אַזוי אויך האָט משה געוואָרנט די יידן: איר האָט פאַר אייך צוויי וועגן, פון לעבן און טויט, פון ברכה און קללה; זאָלסטו אויסוויילן דאָס לעבן.
ר׳ איבו האָט געזאָגט:
— מענטשן זענען פאַראַן דרייערליי. אַ טייל זאָגן: כדאי געבוירן ווערן נאָר צוליב דעם אַליין, אָנצוקוקן די שיינע גאָטס וועלט, דעם בלויען הימל, די ליכטיקע זון, לבנה און שטערן, דאָס אַליין איז אַ גאַנץ געניגע לוין פאַר דעם מענטשן. צווייטע זאָגן: וואָס דו, רבונו של עולם, האָסט אונדז צו געבן, גיב עס ניט איצט, נאָר אויף יענער וועלט. דריטע, פוילע אַרבעטער, זאָגן: גיב אונדז אָפּ איצט אַלעס, וואָס עס קומט אונדז און די עלטערן אונדזערע.
- „אויפן הויכן באַרג גיי הויב זיך אויף...
- הויב אויף מיט קראַפט דיין שטימע...
- זיין לוין איז שוין מיט אים
- און זיין פאַרדינסט פאָראויס”. —
אויף די ווערטער פונעם נביא האָט ירמי בר׳ אליעזר אין זיין דרשה געזאָגט אַזוי:
— אַ קלינגענדיקער בת קול וועט זיך לאָזן הערן אויף די שפּיץ־בערג מיט אַן אויסרוף:
— ווער ס׳האָט פאַרדינסטן פאַר גאָט זאָל ער קומען אָפּנעמען זיין לוין.
וועט זיך דערויף אָפּרופן דער רוח הקודש מיט די ווערטער פון איוב: „ווער האָט זיך פאַר מיר געפאָדערט, איך זאָל אים דאַרפן באַלוינען?” — האָב איך דען נישט געלויבט פריער דעם מענטשן נאָך איידער ער טוט עפּעס פאַר מיר? ווער זינגט מיר לויב־לידער, איידער איך האָב אים געגעבן אַ נשמה? ווער איז מקיים די מצווה פון מילה, איידער איך האָב אים געשענקט אַ בן־זכר? ווער מאַכט, לויט׳ן געבאָט. אַ געלענדער אַרום אַ דאַך, איידער איך האָב אים אַ הויז געגעבן? אַ מזוזה — איידער איך האָב איך אַ הויז געגעבן? אַ סוכה — אַ פּלאַץ; ציצית — אַ קלייד; פּאה 1) — אַ פעלד; תרומה — אַ שייער; חלה — טייג.
דער געוויסער הויכגעשטעלטער רוימער אנטונינוס האָט אַמאָל געזאָגט זיין פריינד רבין:
— סיי דער גוף, סיי די נשמה, קענען זיך באַפרייען אויף יענער וועלט פונעם געריכט: דער גוף קען זאָגן, אַז די נשמה איז די זינדיקע, אַ סימן, זינט זי האָט זיך פון מיר אָפּגעשיידט; ליג איך אין קבר ווי אַ שטומער שטיין; די נשמה קען זאָגן, דער גוף איז דער זינדיקער, ווייל זינט איך האָב זיך אָפּגעשיידט פון אים פלי איך אַרום אין דער לופטן ווי אַ פייגעלע.
דערויף האָט אים רבי געענטפערט מיט אַ משל:
— אַ קיניג האָט געהאַט אַ שיינעם פרוכט־גאָרטן. ווי די פרוכט האָבן אָנגעהויבן צייטיק ווערן, האָט ער דאָרטן אַוועקגעזעצט צוויי היטער, איינעם אַ קרומען אָן פיס, און איינעם אַ בלינדן אויף ביידע אויגן. רופט זיך אָן דער קרומער צום בלינדן: „איך זע שיינע ערשטצייטיקע ↰ 111 פרוכט אויף די ביימער. זעץ מיך אויף רייטנדיק אויף דיינע אַקסלען וועל איך זיי אָנרייסן פאַר אונדז און מיר וועלן געניסן” האָבן זיי אַזוי געטאָן. אין אַ צייט אַרום קומט דער אייגנטימער פון גאָרטן, פרעגט ער ביי די היטער: וואו זענען הינגעקומען די שיינע ערשטצייטיקע פרוכט? זאָגט דעם אמת, ווער פון אייך האָט זיי אָפּגעריסן?
1) לויט׳ן געבאָט מוז מען פונעם שניט איבערלאָזן אויפן עק פעלד פאַר אָרעמע לייט פּאה (די עקסטע שורה תבואה).
— האָב איך דען אויגן צו זען? — זאָגט דער בלינדער.
— האָב איך דען פיס צו גיין? — זאָגט דער קרומער.
איז זיך מישב דער אייגנטימער און זעצט אַרויף רייטנדיק דעם קרומען אויפן בלינדן און שמייסט זיי אָפּ צוזאַמען.
דאָסזעלבע וועט אויך גאָט טון מיט דער נשמה און גוף. ער וועט אַריינלאָזן די נשמה ווידער אין גוף און אַזוי וועט ער זיי באַשטראָפן ביידע צוזאַמען.
ר׳ לוי האָט וועגן לוין און שטראָף געזאָגט אַזאַ משל:
- — ביים פענצטער אין אַ שטייגל
- איז אַ געפאַנגען פייגעלע געזעסן,
- און פון אַ שיסעלע אַ פולס, אַ גרייטס
- געגעסן:
- פּיק־פּיק די קערנדלעך, פּיק־פּיק!
- דערנעבן אויף אַ צווייגל
- אַ פייגעלע אַ צווייטס,
- זעט אויס שטאַרק הונגעריק געווען,
- האָט דאָס מיט קנאה צוגעזען
- און מיט אַ זיפצעלע געזאָגט:
- אַך אַך! אַז איינעם איז באַשערט אַ גליק
- זיצט ער זיך רואיק שטיל אויף גרייטע קעסט
- און פרעסט,
- און וויפיל ער פאַרמאָגט אַלץ נאָך, אַלץ מער אים;
- און איינער, אָך און וויי, איז גאַנצע טעג פאַריאָגט
- פליט אום מיט איינגעשרומפּענע געדערעם
- און יעדער קערנדל קומט אָן אים
- מיט גרינע ווערעם.
- — ביסט מיר מקנא? — ענטפערט דעם גלייך אָפּ
- דאָס פייגעלע פון שטייג
- אַ הויב געטאָן דעם קאָפּ —
- מקנא ביסטו מיר? אויף אַלע שונאים!
- דו נאַר איינער, שווייג בעסער, שווייג:
- דו זעסט מיין שפּייז, צי זעסטו אויך מיין שטייג?
„פריי זיך יונגערמאַן מיט דיין יוגנט... — זאָגט קהלת — און ווייס אַז פאַר דעם אַלעמען וועט דיך גאָט ברענגען צום געריכט” — ר׳ חייא דער גרויסער האָט געזאָגט אויף דעם אַזאַ משל:
— איינער אַ פאַרברעכער אויפן וועג צום שטראָף־פּלאַץ האָט זיך אויסגעריסן און איז אַנטלאָפן. לאָזט זיך דער תלין נאָך אים און שרייט נאָך: יונגערמאַן, פאַרלויף ניט אַזוי ווייט, וועט דיר זיין ניט אַזוי שווער ביים אומקערן.
„דער באַשעפער — גאַנץ איז זיין ווערק... גערעכט איז ער און רעכטפאַרטיק” — זאָגט משה אין דער תורה. מע זאָגט: ווען אַ מענטש קומט אויף יענער וועלט, רעכנט מען פאַר אים אויס אַלע זיינע מעשים: האָסטו געטאָן דאָס און דאָס אויף יענעם פּלאַץ אין יענעם טאָג?
— יאָ — ענטפערט ער.
— שרייב־אונטער.
שרייבט ער אונטער מיט זיין אייגענער האַנט. און נאָך מער, אַז מע טראָגט אויף אים אַרויס דעם פּסק־דין, נעמט ער עס אָן באהבה און זאָגט: גאָטס משפּט איז גערעכט.
הלל האָט געזען אַ קאָפּ (פון אַ דערטרונקענעם) שווימען אויפן וואַסער, רופט ער זיך אָן:
— דערפאַר וואָס דו האָסט דערטרינקען, האָט מען דיך דערטרינקען; און די וואָס האָבן דיך דערטרינקען, וועלן צום סוף אויך ווערן דערטרינקען.
ר׳ מאיר פלעגט זאָגן:
— מיט דער זעלבער מאָס וואָס אַ מענטש מעסט, מעסט מען אים, און פּרוטה צו פּרוטה שטעלט זיך צונויף אַ גרויסער חשבון. שמשון הגיבור האָט זיך נאָכגעגעבן די אויגן 1), דערפאַר האָבן אים די פּלשתים אויסגעשטאָכן די אויגן; אבשלום האָט זיך איבערגענומען מיט זיינע שיינע לאַנגע האָר; דערפאַר איז ער געבליבן הענגען אויף די האָר.
ר׳ שמעון בן לקיש האָט אין זיין דרשה געזאָגט:
— אַז צוויי מענטשן זענען באַגאַנגען יעדער פון זיי אַ מאָרד, איינער אומגערן, פאַר וועלכע עס קומט פאַרטריבן ווערן אין איינער פון די ערי־מקלט, און איינער מיטוויליק, פאַר וועלכע עס קומט מיתה, נאָר קיין עדות זענען ניטאָ קעגן זיי ביידע, דאָך בלייבן זיי ניט אומבאַשטראָפט. גאָט פירט זיי צונויף אויף איין פּלאַץ: דער וואָס האָט געהרגעט מיטוויליק זיצט הינטער אַ לייטער און יענער, וואָס האָט ערמאָרדרעט אומגערן, לאָזט זיך אַראָפּ פונעם לייטער — פאַלט יענער אויף דעם און טויט אים. קומט אויס אַז ביידע ווערן באַשטראָפט לויט זייער פאַרברעכן: דער איז געהרגעט און יענער ווערט פאַרטריבן.
1) נאָך יעדער פרוי וואָס די אויגן האָבן געזען.
זינט דער בית מקדש איז חרוב געוואָרן, הגם דער משפּט פון סנהדרין איז אָפּגעשאַפט געוואָרן, דער טויט־שטראָף אָבער איז ניט אָפּגעשאַפט ↰ 114 געוואָרן. וועמען עס קומט פאַרשטיינט ווערן, פאַלט ער אַראָפּ פון דאַך, אָדער אַ חיה צערייסט אים; פאַרברענט ווערן — פאַלט ער אַריין אין אַ שריפה, אָדער אַ גיפטיקע שלאַנג גיט אים אַ ביס; געהרגעט ווערן — ווערט ער ערמאָרדעט דורך דער מאַכט, אָדער גזלנים באַפאַלן אים; דערשטיקט ווערן — ווערט ער דערטרינקען אין וואַסער, אָדער ער קומט אום דורך אַ האַלדז־געשווילעכץ.
ר׳ יצחק זאָגט:
— דער מענטש ווערט געמשפּט נאָר לויט זיינע מעשים פון איצט, ווי דער פּסוק זאָגט וועגן ישמעאלן: „גאָט האָט געהערט די שטים פונעם יונג ווי אַזוי ער איז דאָרט”.
אויף דעם האָט ר׳ סימון געזאָגט:
— די מלאכים האָבן זיך גענומען אים באַשולדיקן: רבונו של עולם — האָבן זיי געזאָגט — דאָס איז דאָך דער זעלבער ישמעאל, וואָס ער וועט אַמאָל אומברענגען דיינע קינדער אין דאָרשט — און אים וועסטו אים איצט צושיקן אַ וואַסער־ברונעם?
— אָבער דערווייל וואָס איז ער, אומשולדיק צי ניין?
— אומשולדיק — ענטפערן זיי.
— און איך משפּט דעם מענטשן — זאָגט גאָט — נאָר נאָך זיינע איצטיקע מעשים.
— רב המנונא זאָגט:
— גאָט באַשטראָפט דעם מענטשן נאָר דעמאָלט, ווען זיין מאָס (זינד) ווערט פאַרפולט.
„גאָט פאַררעכנט די זינד פון די עלטערן אויף קינדער” — זאָגט די תורה, און אין אַ צווייט אָרט זאָגט זי: „עס זאָלן ניט מיטן טויט באַשטראָפט ווערן קינדער פאַר עלטערן”. דאָס קען פאַרענטפערט ווערן מיט אַזאַ משל:
— אין אַ פירשטאָקיק הויז, איין שטאָק איבערן אַנדערן, האָט זיך געפונען אויבן וויין, הינטער דעם — בוימל, הינטער דעם — האָניק און גאָר ↰ 115 הינטן — וואַסער. האָט זיך אָנגעצונדן איין שטאָק — פאַרלעשן זיי איינס דאָס אַנדערע. ווען אָבער אַלע זאָלן זיין דורכאויס מיט בוימל, וואָלטן זיי אַלע אַוועק מיטן פייער. דאָסזעלבע איז אויך מיט דורות: אויב זיי גייען געמישט, אַ דור פון רשעים צווישן דורות פון צדיקים, לעשן זיי איינס דעם אַנדערן און קינדער ליידן ניט פאַר עלטערן און עלטערן ניט פאַר קינדער. ווען עס גייען אָבער עטלעכע דורות רשעים דורכאַנאַנד, ווערט פאַררעכנט די זינד פון עלטערן אויף די קינדער.
משה האָט געזאָגט: „גאָט פאַררעכנט די זינד פון די עלטערן אויף קינדער”, איז געקומען דער נביא יחזקאל און האָט עס אָפּגעשאַפט און געזאָגט: „די זעלע וואָס פאַרזינדיקט זיך — זי זאָל אומקומען”.
גאָט ברוך הוא שטעלט ניט דעם מענטשן אַזעלכע שווערע פאָדערונגען, וואָס זענען ניט פאַר זיינע כחות.
דער וואָס זאָגט: גאָט איז אַ ותרן און עס מאַכט דעריבער ניט אויס, מער אַ זינד ווייניקער אַ זינד — איז ער אַ ותרן אויף זיין אייגן לעבן. ווייל דער שעפער — ווי די תורה זאָגט — איז זיין ווערק פולקום” דען אַלע זיינע וועגן זענען געריכט.
רב חסדא זאָגט:
— גאָט מאָנט איין זיין חוב ביים מענטשן לויט זיין פאַרמעגן: ביים רייכן פונעם אָקס, ביים אָרעמאַן פונעם שעפּסעלע, ביי דער אלמנה פון דער הון און ביים יתום פונעם איי.
גאָט פאַרהאַלט ניט די לוין פון קיין באַשעפעניש, אַפילו לוין פאַר אַ שיין וואָרט.
טרייף פלייש האָט די תורה געהייסן אָפּגעבן די הינט. דאָס איז ↰ 116 אַ לוין די הינט דערפאַר, וואָס זיי האָבן ניט געפאַלן אויף יידן בשעת אַרויסגיין פון מצרים. און זאָל מען וויסן, אַז גאָט פאַרהאַלט ניט די לוין פון קיין באַשעפעניש, אַפילו פון אַ חיה, בפרט פון אַ מענטשן.
„גאָט איז באַגלויבט און אָן אומרעכט” — זאָגט די תורה: „גאָט איז באַגלויבט” — ווי ער רעכנט זיך אָפּ מיט די רשעים פאַר יעדע מערסטע עבירה אויף יענער וועלט, אַזוי רעכנט ער זיך אָפּ מיט די צדיקים פאַר יעדע מערסטע עבירה אויף דער וועלט; „און אָן אומרעכט” — ווי ער באַלוינט די צדיקים פאַר אַ מערסטע מצווה אויף יענער וועלט, אַזוי באַלוינט ער די רשעים פאַר אַ מערסטע מצווה אויף דער וועלט.
מיט זיינע נאָענטע איז גאָט מדקדק אַפילו אויף דער האָר.
ר׳ אלעזר בר׳ צדוק זאָגט:
— צדיקים אויף דער וועלט זענען געגליכן צו אַ בוים וואָס שטייט אין אַ ריין אָרט, נאָר איין צווייג זיינע הענגט אַריבער אין אַ אומריין אָרט — האַקט מען אָפּ די צווייג, שטייט ער אינגאַנצן אין אַ ריין אָרט; אַזוי אויך ברענגט גאָט אויף צדיקים יסורים אויף דער וועלט, אַ אָפּקומעניש פאַר זייער ביסל זינד, כדי זיי זאָלן קומען אינגאַנצן ריינע אויף יענער וועלט. ווי אין איוב ווערט געזאָגט: „דיין אָנהייב איז קליין, דיין סוף וועט זיין זייער גרויס”. די רשעים אָבער זענען געגליכן צו אַ בוים וואָס שטייט אין אַ אומריין אָרט, נאָר איין צווייג זיינע הענגט־אַריבער אין אַ ריין אָרט — האַקט מען אָפּ די צווייג, שטייט ער אינגאַנצן אין אַ אומריין אָרט; אַזוי אויך גיט אָפּ גאָט דאָס גוטס די רשעים אויף דער וועלט, כדי צו פאַריאָגן זיי אין דער נידעריקסטער שטופע פון גיהנום אויף יענער ↰ 117 וועלט, ווי שלמה זאָגט אין „משלי”: „דאַכט זיך אַ וועג אַ גלייכער פאַרן מענטשן, לאָזט זיך אויס — ער פירט צום טויט”.
דער וואָס די זכיות זיינע וועגן איבער די עבירות, טוט מען אים אויף דער וועלט נאָר שלעכטס, גלייך ווי ער וואָלט פאַרברענט די גאַנצע תורה, ניט איבערגעלאָזט פון איר קיין איין אות; פאַרקערט אָבער, דער וואָס די עבירות זיינע וועגן איבער די זכיות, טוט מען אים אויף דער וועלט לויטער גוטס, גלייך ווי ער וואָלט מקיים געווען די גאַנצע תורה, ניט פאַרפעלט פון איר קיין איין אות.
אין נאָמען פון ר׳ יוסי ווערט געזאָגט:
— בשעת משה האָט געבעטן ביי גאָט: „לאָז מיך וויסן דיינע וועגן”, האָט ער דעמאָלט געפרעגט: רבונו של עולם, פאַרוואָס טרעפט אַ צדיק וואָס ס׳איז אים גוט און אַ צדיק וואָס ס׳איז אים שלעכט, אַ רשע וואָס ס׳איז אים גוט און אַ רשע וואָס ס׳איז אים שלעכט? זאָגט ער אים: משה, אַ צדיק וואָס ס׳איז אים גוט, איז אַ צדיק דער זון פון אַ צדיק; אַ צדיק וואָס ס׳איז אים שלעכט — אַ צדיק דער זון פון אַ רשע; אַ רשע וואָס איז אים גוט — אַ רשע, דער זון פון אַ צדיק; אַ רשע וואָס איז אים שלעכט — אַ רשע דער זון פון אַ רשע.
אַנדערע זאָגן, אַז ער האָט אים געענטפערט אַזוי: אַ צדיק וואָס ס׳איז אים גוט, איז אַ עכטער צדיק, אַ צדיק וואָס איז אים שלעכט — ניט קיין עכטער צדיק; אַ רשע וואָס אים איז גוט — ניט קיין עכטער רשע; אַ רשע וואָס אים איז שלעכט — אַ עכטער רשע.
אין נאָמען פון ר׳ יונתן איז געזאָגט געוואָרן .
— די שטראָף קומט אויף דער וועלט נאָר צוליב רשעים, אָנהייבן אָבער הייבט זי זיך אָן פריער פון צדיקים.
ר׳ יוסף האָט געזאָגט:
— אַז דער משחית באַקומט רשות צו באַשטראָפן די וועלט, קלייבט ער ניט איבער צווישן צדיקים און רשעים; און נאָך מער: ער הייבט אָן פון די צדיקים.
דערביי האָט זיך ר׳ יוסף צעוויינט. „אַך! — האָט ער אויסגעשריגן — זענען אַפילו זיי, הייסט עס, אויך גאָר נישט!
— גלייכער פאַר זיי — טרייסט אים אביי — „פאַר דעם אומגליק גייט אַוועק דער צדיק”, זאָגט דער נביא, ער זאָל עס ניט צוזען מיט די אויגן.
ווען אַ דור פאַרמאָגט צדיקים, קומען זיי אָפּ איבערן דור; ווען אָבער דער דור פאַרמאָגט ניט קיין צדיקים, קומען אָפּ די ריינע, אומשולדיקע שול־קינדער.
„גאָט פּרואווט דעם צדיק” — ווערט געזאָגט אין תהלים. — אַ טעפּער — זאָגט דערויף ר׳ יונתן — ווען ער נעמט אויספּרובירן זיינע כלים, קלאַפּט ער ניט אָן אויף געפּלאַצטע טעפּ און קריגן, ער ווייסט אַז פון איין קלאַפּ וועלן זיי צעשאָטן ווערן. וועלכע דען פּרובירט ער? די גאַנצע און שטאַרקע, די וועלן אויסהאַלטן קלעפּ וויפיל ס׳איז. אַזוי אויך פּרואווט ניט גאָט קיין רשעים, נאָר צדיקים.
ר׳ אליעזר זאָגט:
— האָט אַ מענטש צוויי בהמות, איינע אַ געזונטע און איינע אַ שוואַכע, אויף וועמען טוט ער אָן די יאָך? פאַרשטייט זיך, אויף דער שטאַרקער. אַזוי אויך פּרואווט אויס גאָט נאָר דעם צדיק.
ר׳ ינאי זאָגט:
— צום רואיק לעבן פון רשעים זענען מיר ניט צוגעקומען, די ↰ 119 ליידן פון די צדיקים האָבן אונדז ניט באַרירט; מיר האָבן ניט דאָס און ניט יענץ.
ר׳ יהושע בן לוי איז געקומען קיין רוים, זעט ער שיינע מאַרמאָרנע דענקמעלער באַדעקט מיט פּראַכטפולע טאַפּעטן, צו באַשיצן זיי, עס זאָל זיי ניט שאַדן קיין היץ און קיין קעלט. געקומען אין אַ אַנדער פּלאַץ אין מאַרק זעט ער אַן אָרעמען מענטשן איינגעהילט אין שמאַטעס. אויף די באַפּוצטע דענקמעלער האָט ער אויסגערופן מיט די ווערטער פונעם משורר אין תהלים: „דיין וואוילטאַט איז ווי די מעכטיקע בערג”, און אויפן אָרעמאַן — דעם סוף פון דעם זעלבן פּסוק: „און דיין געריכט איז דער אומגעהויערער אָפּגרונט”.
ר׳ תנחומא בר אבא זאָגט:
— ווען שלמה המלך האָט געזאָגט אין קהלת: „זיס איז דער שלאָף פונעם אַרבעטער, צי ער געניסט ווייניק אָדער פיל און די זעט לאָזט דעם רייכן ניט שלאָפן” — האָט מען אים דערויף געפרעגט: ווען אַן אַנדערער זאָל אַרויסזאָגן אַזאַ געדאַנק, וואָלט מען אים אויסגעלאַכט. דו, דער קליגסטער פון אַלע, זאָל זאָגן אַזאַ זאַך! איז עס דען אַזוי? ווער ווייסט עס נישט, אַז מע לייגט זיך הונגעריק שלאָפט מען אומרואיק, און אַז מע לייגט זיך זאַט שלאָפט מען געשמאַק.
— עס האַנדלט זיך דאָ — האָט ער געענטפערט — פון פרומע און לערנער, וואָס מיען זיך פאַר גאָט; ווער עס פאַרברענגט זיינע יאָרן, אָן אונטערשיר צי לעבט ער פיל אָדער ווייניק, אין תורה און מעשים טובים, באַקומען זיי אַ גלייכן לוין.
ר׳ לוי האָט דערויף געזאָגט אַ משל:
— אַ קיניג האָט געדונגען אַרבעטער פאַר זיינע אַ אַרבעט. אינמיטן דער אַרבעט האָט דער קיניג איינעם פון זיי אַוועקגענומען און זיך אַוועקגעלאָזט מיט אים שפּאַצירן. אָבענדצייט זענען געקומען די אַרבעטער נעמען זייער טאָג־לוין און צוזאַמען מיט זיי איז געקומען אויך יענער וואָס דער קיניג האָט מיט אים געשפּאַצירט. קען דען אים דער קיניג זאָגן: דו האָסט געאַרבעט אינגאַנצן אַ פּאָר שעה, באַקום נאָר לויט דיין אַרבעט? ער קען דאָך דערויף ענטפערן דעם קיניג: ווען ניט דו זאָלסט מיך אָפּרייסן פון דער אַרבעט און נעמען אויפן שפּאַציר, וואָלט איך אויך געאַרבעט גלייך מיט אַלע. דאָסזעלבע איז אויך מיט דעם, וואָס האָט זיך געמיט אין דער תורה און איז יונג געגאַנגען פון דער וועלט. ער קען זאָגן גאָט: ווילסטו מיך ניט אַוועקגענומען פאַר דער צייט, וואָלט איך נאָך מער געלערנט און גוטס געטאָן.
ווען ר׳ בון בר׳ חייא איז יונג פון דער וועלט געגאַנגען, איז ר׳ זירא אַריינגעגאַנגען אים באַקלאָגן. האָט ער זיין קלאָג־רעדע אָנגעהויבן מיט די ווערטער פונעם פּסוק: „זיס איז דער שלאָף פונעם אַרבעטער, צי ער געניסט ווייניק אָדער פול”, און ער האָט געזאָגט אויף ר׳ בון בר׳ חייא אַזאַ משל:
— אַ קיניג האָט געדונגען אַרבעטער צו באַאַרבעטן זיין וויינגאָרטן. קומט דער קיניג און דערזעט דעם פעאיקסטן און געצייכנסטן פון זיי, נעמט ער אים ביי דער האַנט און שפּאַצירט מיט אים הין און הער. אָבענדצייט קומען די אַרבעטער צו באַקומען זייער טאָג־לוין און צווישן זיי אויך יענער אַרבעטער. צאָלט מען אָפּ פאַר אַ גאַנצן טאָג. פאַרדריסט עס די אַלע אַנדערע אַרבעטער. וואָס הייסט עס? — זאָגן זיי — מיר האָבן שווער געאַרבעט אַ גאַנצן טאָג, און דער פאַר אַ פּאָר שעה אַרבעט באַקומט לוין גלייך מיט אונדז! זאָגט זיי דערויף דער קיניג: לאָז עס אייך ניט פאַרדריסן דער האָט פאַר אַ פּאָר שעה זיך אויסגעצייכנט מער וויפיל איר פאַר אַ גאַנצן טאָג.
דאָס זעלבע איז אויך מיט ר׳ בון בר׳ חייא: פאַר זיינע אַכט און צוואַנציק יאָר לעבן האָט ער מער און בעסער געלערנט ווי אַ אַנדערער אין גאַנצע הונדערט יאָר.
„איך שענק דעם וואָס איך וויל שענקען” — האָט גאָט געזאָגט משהן, ווען דער האָט זיך ביי אים געבעטן, אים באַווייזן זיינע דרכים. דעמאָלט האָט אים גאָט באַוויזן אַלע אוצרות פון לוין וואָס זענען צוגעגרייט פאַר צדיקים, יעדן לויט זיינע מעשים. האָט זיך משה דערפרעגט ביי אים אויף יעדן אוצר באַזונדער:
— דער אוצר פאַר וועמען איז?
— פאַר די וואָס לערנען תורה.
— און יענער פאַר וועמען?
— פאַר די בעלי־צדקה.
און אַזוי אויף יעדן אוצר, ביז משה האָט דערזען איינעם אַן אוצר, זייער אַ גרויסן. פרעגט ער.
— און דער פאַר וועמען איז?
— ווער עס האָט אייגענע פאַרדינסטן, באַלוין איך אים פון זיין אייגענעם אוצר; דער וואָס האָט אָבער קיין פאַרדינסטן ניט באַקומט ער פון מיר אַ אומזיסטיקן געשאַנק אָט פון דעם גרויסן אוצר — „איך שענק דעם וואָס איך וויל שענקען”.
רב פלעגט אָפט זאָגן:
— יענע וועלט איז ניט ווי די וועלט. אויף יענער וועלט ווייסט מען נישט פון עסן און טרינקען, קינדלען, האַנדלען און וואַנדלען, קנאה־שנאה און וועלן איינער דעם צווייטן איבערשטייגן; וואָס דען? צדיקים זיצן זיך מיט קרוינען אויף די קעפּ און געניסן פון דער שכינה־שיין.
ר׳ יהושע בן לוי זאָגט:
— גאָט ברוך הוא איז באַרייט צו שענקען אויף יענער וועלט יעדן צדיק דריי הונדערט מיט צען וועלטן.
יעדער צדיק וועט באַקומען אויף יענער וועלט אַ חופּה לויט זיין כבוד.
ר׳ חנינא זאָגט:
— דער וואָס פאַרגינט ניט די תלמידי חכמים אויף דער וועלט, וועט דער רויך אים אויפעסן די אויגן אויף יענער וועלט.
נאָך האָט ר׳ חנינא געזאָגט:
— יעדן צדיק באַזונדער בריט אָפּ דעם צווייטנס חופּה. אוי אַ בזיון! אוי אַ שאַנד!
„דער מענטש גייט אַוועק — זאָגט קהלת — אין זיין אייביק הויז”. אויף דעם זאָגט ר׳ יצחק: יעדן צדיק גיט מען אָפּ אַ וואוינונג לויט זיין מדרגה. אַ קיניג גייט אַריין מיט זיינע שרים אין שטאָט, קומען זיי אָן אַלע דורך איין טויער, דערנאָך אָבער גיט מען אָפּ יעדן אַ וואוינונג נאָך זיין ראַנג.
ר׳ יוסף, דער זון פון ר׳ יהושע בן לוי, איז קראַנק געוואָרן און געבליבן ליגן ווי טויט אָן אַ נשמה. אַז ער איז דערנאָך געקומען צו זיך, פרעגט אים דער פאָטער:
— זון מיינער, וואָס האָסטו דאָרט געזען?
— אַ איבערגעקערטע וועלט — ענטפערט ער — האָב איך דאָרט געזען: אייבערשטע פון אונטן און אונטערשטע — פון אויבן.
— ניין, זון מיינער — זאָגט אים דער פאָטער — אַ קלאָרע וועלט האָסטו געזען, און ווי האָבן מיר דיר אויסגעזען דאָרט?
— מיר זענען חשוב׳ע דאָרטן אַזוי ווי דאָ. איך האָב אויך געהערט ווי מ׳האָט אויסגערופן: „וואויל איז דעם וואָס איז געקומען אַהער מיט זיין לערנען אין דער האַנט!” און נאָך האָב איך געהערט אויסרופן: „וואויל איז די אומגעקומענע אויף קדוש השם! קיינער קומט ניט צו זייער פּלאַץ”.
ר׳ יהושע בן לוי זאָגט:
— צוויי טויערן פון גאָרפינקל זענען פאַראַן אין גן עדן און איבער זיי זענען ששים רבוא (זעקס הונדערט טויזנט) מלאכים, און דאָס געזיכט פון יעדן מלאך שיינט ווי דער לויטערער הימל. און בשעת דער צדיק קומט אַריין ציט מען פון אים אָפּ די קליידער אין וועלכע מ׳האָט אים געלייגט אין קבר און מע הילט אים איין נייע אַכט קליידער פון פּראַכט־וואָלקנס, און געקרוינט דעם קאָפּ זיינעם מיט צוויי קרוינען, איינער פון איידלשטיינער און פּערל און דער אַנדערער פון גינגאָלד. און מע דערלאַנגט אים אַכט הדסים (מירטן) און מע זינגט פאַר אים אַ לויב־ליד מיט די ווערטער:
- גיי געניס מיט פרייד דיין ברויט
- און אויפגעלייגט טרינק אויס דיין וויין
- ווייל גאָט האָט שוין באַוויליגט דיינע מעשים.
דערנאָך פירט מען אים אַריין אין אַ אָרט אַ באַוואַסערט, באַוואַקסן מיט הונדערטערליי רויזן־ און מירטן־ביימער. פאַר יעדן צדיק שטייט דאָרט צוגעגרייט לויט זיין ווערט אַ באַזונדער פּאַוויליאָן, פון וועלכן עס ציען זיך פיר טייכן: איינער פון מילך, איינער פון וויין, איינער פון באַלזאַם און איינער פון האָניק. איבער יעדער פּאַוויליאָן הענגט אַראָפּ אַ גאָלדענער וויינשטאָק מיט שטענגלען פּערל, וואָס יעדער פון זיי שיינט ווי דער מאָרגנשטערן. אין יעדער פּאַוויליאָן שטייט אַ טיש — געזעצט מיט איידלשטיינער און פּערל. און זעכציק מלאכים שטייען איבערן קאָפּ פון יעדן צדיק און זיי זאָגן אים:
„גיי געניס מיט פרייד פונעם האָניק, ווייל דו האָסט געלערנט תורה געגליכענע צו האָניק, און טרינק דעם וויין אויסגעהאַלטענעם אין די טרויבן פון ששת ימי בראשית, ווייל דו האָסט געלערנט ↰ 124 תורה געגליכענע צו וויין. דער מיאוסטער פון זיי, שיינט זיין פּנים ווי דאָס געשטאַלט פון יוסף׳ן און ווי ר׳ יוחנן. און קיין נאַכט איז ביי זיי ניטאָ. און די צייט באַנייט זיך אויף זיי אַלעמאָל אין דריי משמרות, (צייט־טיילן). אין דער ערשטער משמורה איז דער צדיק ווי אַ קינד, קומט ער אַריין אין דער אָפּטיילונג פון קינדער און געניסט די פרייד פון קינדהייט; אין דער צווייטער משמורה ווערט ער אַ יונגערמאַן, קומט אַריין אין אָפּטיילונג פון יונגע־לייט, און געניסט די פרייד פון יוגנט; אין דער דריטער משמורה ווערט ער אַן אַלטער מאַן, קומט אַריין אין אַ אָפּטיילונג פון אַלטע לייט און געניסט די פרייד פון עלטער.
און דער גן עדן זענען אַלע ווינקעלעך זיינע פול מיט מיריאַדן ביימער, דער קלענסטער פון זיי גייט־איבער די שענסטע און די בעסטע בשמים־ביימער, און אין יעדער ווינקל שטייען אויסגעשטעלט כאָרן פון מיריאַדן מלאכים און זינגען מיט אַ זיסער שטומע. אין דערמיט גן עדן שטייט דער עץ־החיים, וועלכער באַדעקט פון אויבן מיט זיין געצווייג דעם גאַנצן גן עדן. און ער פאַרמאָגט פינף הונדערט טויזנט טעמים פאַרשידענע אין געשמאַק און אין ריח. איבער אים שוועבן־אַרום פּרעכטיקע וואָלקנס, און פון אַלע פיר זייטן באַרירן אים ווינטעלעך, טראָגט זיך זיין ריח פון איין עק וועלט ביזן אַנדערן, און הינטער אים אין שאָטן פון זיינע צווייגן זיצן תלמידי חכמים און ערקלערן די תורה. און יעדער פון זיי האָט זיין אייגנס צוויי חופּות, איינע פון שטערן און איינע פון זון און לבנה. און צווישן איין חופּה און דער צווייטער הענגט אַ פאָרהאַנג פון פּראַכט־וואָלקנס. און טיפער פון דאָרט איז דאָס פּלאַץ עדן, וואו ס׳איז פאַראַן דריי הונדערט מיט צען וועלטן, און אינעווייניק געפונען זיך זיבן כיתות צדיקים: די ערשטע — אומגעקומענע אויף קדוש השם, ווי ר׳ עקיבא מיט זיינע חברים; די צווייטע — דערטרונקענע אין ים; די דריטע — ר׳ יוחנן בן זכאי מיט די תלמידים; די פערטע — די וואָס דער וואָלקן האָט זיי פאַרדעקט; די פינפטע — בעלי־תשובה; די זעקסטע — ניט־באַווייבטע, וואָס האָבן ניט פאַרזוכט קיינמאָל דעם טעם פון זינד; די זיבעטע כתה — אָרעמע־לייט, וואָס האָבן געוואוסט אַביסל אין אַ ספר און פאַרמאָגט מענטשליכקייט. און גאָט, ברוך הוא, זיצט צווישן זיי אַלע און ערקלערט זיי די תורה.
אויסער דעם אַלעמען שטייט זיי פאָר נאָך פיל פּראַכט, העכער און גרעסער, וועלכע קיין מענטש קען זי פאָראויס זיך ניט פאָרשטעלן. און אויף דעם זאָגט דער נביא: „קיין אויג האָט ניט געזען, אויסער דיר גאָט, וואָס עס וועט געטאָן ווערן דעם וואָס ער האָפט אויף אים”.
„איינס קעגן אַנדערן האָט גאָט געמאַכט” — צווישן גן עדן און גיהנום איז מער נישט פאַראַן ווי איין שפּאַן.
„פאַר זיין צאָרן ווער קען ביישטיין, און ווער קען אויסהאַלטן זיין ברענענדן גרים?” — זאָגט דער נביא. שווער איז די שטראָף אין גיהנום.
צוויי כיתות מלאכי חבלה שטייען ביי די טירן פון גיהנום און שרייען: „גיב נאָך, גיב נאָך!” און די קולות פונעם גיהנום לאָזן זיך הערן פון איין עק וועלט ביזן אַנדערן. און דריי טויערן האָט דער גיהנום: איינעם אין ים, איינעם אין מדבר און איינעם אין ישוב. און פינף מיני פייערן פלאַקערן דאָרט: אַ פייער וואָס עסט און טרינקט, עסט און טרינקט ניט, ניט עסט און ניט טרינקט, און אַ פייער וואָס עסט פייער. און גליענדיקע קוילן געפונען זיך דאָרט גרויסע ווי בערג, ווי פעלדזן, ווי דער ים המלח די גרויס, און טייכן פון פּעך און שוועבל פליסן דאָרט און האַלטן אין איין קאָכן און זידן.
די שטראָף פונעם רשע איז אַזוי: איינע מלאכי חבלה געבן אים אַ שטויס פון זיך, און אַנדערע כאַפּן אים אויף און מע גיט אים ווידער אַ שטויס און שליידערן אים פאַרן פייער פונעם גיהנום. עפענט דאָס פייער אויף דאָס מויל און שלינגט אים איין.
ר׳ יהושע בן לוי זאָגט:
— אַמאָל בין איך געגאַנגען אין וועג, האָב איך באַגעגענט אליהו הנביא׳ן, דערמאָנט זאָל ער ווערן צו גוטן, זאָגט ער מיר:
— ווילסט איך זאָל דיר צוברענגען צום טויער פון גיהנום, זאָלסט אים באַטראַכטן?
— איך וויל.
האָט ער מיר געוויזן מענטשן אויפגעהאַנגענע פאַר די נעזער, אַנדערע ↰ 126 פאַר די הענט, אַנדערע פאַר די פיס. אַנדערע פאַר די צונגען, און פרויען פאַר די ברוסט, אַנדערע פאַר די אויגן, אַנדערע פאַר די אויערן. ווידער האָט ער מיר געוויזן מענטשן וואָס מע גיט זיי עסן פון זייער אייגענעם לייב; ווידער מענטשן וואָס זיצן לעבעדיקע און ווערעם עסן זיי, און ווידער מענטשן וואָס מען נייט זיי צו עסן דינע זאַמד און זיי ברעכן זיך אויס די ציין, און מע זאָגט זיי דערביי: „רשעים! האָט איר געפרעסן אָנגערויבטס און ס׳איז אייך געווען געשמאַק — און דאָס זענט איר קראַנק צו עסן?”
ר׳ יוחנן זאָגט:
— יעדער מלאך איז געשטעלט צו באַשטראָפן נאָר פאַר איין עבירה; אָפּגעטאָן זיינס, גייט ער זיך אַוועק און עס קומט דער אַנדערער, דערנאָך דער דריטער און אַזוי ווייטער, ביז מע צערעכנט זיך מיט אים פאַר אַלע עבירות. אַזוי אַ מענטש וואָס ער האָט אויף זיך אַ סך חובות, קומען צו אים די בעלי־חובות איינציקווייז און יעדער נעמט זיך אָפּ פאַר זיין חוב.
די וואָס פאַלן אַריין אין גיהנום און קומען שוין ניט אויף פון דאָרט, פירט מען זיי אַלע שבת צווישן שניי־בערג און מע לאָזט זיי דאָרט איבער. שבת צונאַכטס קומט אַ מלאך, שטויסט זיי אַרויס פון דאָרטן און קערט זיי אום צוריק אויף זייער פּלאַץ אין גיהנום. געפונען זיך אַזעלכע וואָס נעמען־מיט שניי, באַהאַלטן עס אונטער׳ן אָרעם, כדי אָפּצוקילן זיך דערמיט אַ גאַנצע וואָך. זאָגט זיי דער מלאך: „רשעים, וויי און וואונד איז אייך! אַפילו אין גיהנום פאַרנעמט איר זיך מיט גנבה!”.
גאַנצע צוועלף חדשים ווערן זיי פאַרברענט אויף אַש און דער ווינט צעטראָגט עס און שפּרייט אויס הינטער די פיס פון די צדיקים. גייען־איבער די צוועלף חדשים, קערט זיך צוריק אום די נשמה זייערע צום גוף און זיי גייען אַרויס פונעם גיהנום און זייערע געזיכטער זענען שוואַרץ ווי קויל. נעמען זיי אָן גאָטס משפּט פאַר גוט און רעכט און זאָגן:
— גערעכט איז דיין משפּט, מיר האָבן עס פאַרדינט! דו גאָט ביסט גערעכט און מיר שעמען זיך!
די רשעים אָבער פון די אומות־העולם ווערן באַשטראָפט אין זיבן אָפּטיילונגען פון פייער, און אין יעדער אָפּטיילונג צוועלף חדשים.
און נאָך דעם אַלעמען דערבאַרעמט זיך גאָט אויף זיינע באַשעפעניש, ↰ 127 ווי עס ווערט געזאָגט אין פּסוק: „דען ניט אויף שטענדיק בין איך אויפגעבראַכט און ניט אויף אייביק צאָרן איך”.
אין דער קומענדיקער וועלט וועט גאָט; ברוך הוא, זיצן אין גן עדן און דרשה׳נען און אַלע צדיקים וועלן זיצן פאַר אים, און די הימלישע פמליא וועט שטיין אויף די פיס, די זין מיט די פּלאַנעטן רעכטס פון גאָט, און די לבנה מיט די שטערן לינקס, און גאָט ברוך הוא וועט ערקלערן די נייע תורה וואָס ער וועט געבן דורך משיח׳ן. און נאָכדעם ווי ער וועט ענדיקן וועט זרובבל בן שאלתיאל אויפשטיין אויף די פיס און זאָגן אין דער הויך מיט אַ שטים, וואָס גייט פון איין עק וועלט ביזן אַנדער׳ן „יתגדל ויתקדש” — זאָל געגרויסט און געהייליקט ווערן גאָטס גרויסער נאָמען. און די גאַנצע וועט נאָכענטפערן „אמת”. און אַפילו די נאָך פאַרבליבענע אין גיהנום אַרויס נאָכענטפערן „אמן” מיט אַ רוישנדן קול, ביז זייער געשריי וועט דערלאַנגען צו גאָט. וועט ער פרעגן: וואָס פאַר אַ גרויס גערויש הער איך? וועלן ענטפערן די מלאכים, דאָס שרייען פון גיהנום אַרויס די יידישע רשעים און די גויאישע צדיקים: זיי ענטפערן „אמן” און געבן אָפּ גערעכט דעם משפּט דיינעם. וועקט זיך אויף ביי גאָט אַ שטאַרקע רחמנות אויף זיי און זאָגט: וויפיל נאָך וועל איך זיי שטראָפן? זיי זענען שוין גענוג אָפּגעקומען!
און דעמאָלט וועט נעמען גאָט די שליסלען פונעם גיהנום אין זיין האַנט און וועט זיי איבערגעבן מיכאל׳ן און גבריאל׳ן פאַר אַלע צדיקים אין די אויגן, און דערביי זאָגן:
— גייט עפענט אויף די טויערן פון גיהנום און נעמט זיי אַרויס פון דאָרט.
לאָזן זיי זיך באַלד גיין מיט די שליטלען און עפענען אַכט טויזנט טויערן פון גיהנום; און יעדע אָפּטיילונג פון גיהנום איז דרייהונדערט פּרסא די לענג און דרייהונדערט די גרייט און הונדערט פּרסא די טיף און יעדער רשע וואָס פאַלט אַהין אַריין קען ער שוין ניט אַרויסקומען. וואָס־זשע טוט מיכאל און גבריאל? זיי נעמען אָן יעדן איינציקן באַזונדער פאַר דער האַנט און הויבן אים אַרויס, פּונקט ווי איינער הייבט אויף אַ מענטשן און שלעפּט אים אַרויס מיט אַ שטריק פון אַ גרוב. און באַלד נעמט מען זיי און מע וואַשט זיי אַרום און מע שמירט זיי אויס מיט אייל, און מע היילט זיי אויס די וואונדן פונעם גיהנום און מע באַקליידט ↰ 128 זיי מיט שיינע קליידער, און מע פירט זיי פאַר גאָט, ברוך הוא, אויסגעפּוצטע און אויסגעצירטע.
ביי דער טיר פון גן עדן גייען מיכאל און גבריאל פריער אַריין און באַראַטן זיך מיט גאָט. זאָגט גאָט:
— לאָזט זיי אַריינגיין; לאָזן זיי אָנקוקן מיין פּראַכט.
און ווי נאָר זיי קומען אַריין פאַלן זיי אויף די פּנימער, בוקן זיך פאַר אים און דאַנקען און לויבן זיין הייליקן נאָמען.
ר׳ עקיבא פלעגט זאָגן:
— דער משפּט פון גיהנום געדויערט ניט מער ווי צוועלף חדשים.
גאַנצע צוועלף חדשים האַלט זיך נאָך דער גוף פונעם מת, און די נשמה הייבט זיך אַלעמאָל אויף און לאָזט זיך צוריק אַראָפּ.
נאָך צוועלף חדשים ווערט דער גוף פאַרניכטעט און די נשמה הייבט זיך אויף און לאָזט זיך מער ניט אַראָפּ.
איינמאָל איז ר׳ עקיבא געגאַנגען אין וועג. טרעפט ער אַ מענטשן, אַ זייער פאַרשוואַרצטן, טראָגט אויף די פּלייצעס אַ שווערע משא פון האָלץ און לויפט ווי אַ פערד. הייסט אים ר׳ עקיבא זיך אָפּשטעלן. שטעלט ער זיך אָפּ. זאָגט אים ר׳ עקיבא:
— איך באַשווער דיך, דו זאָלסט מיר זאָגן, צי דו ביסט פון מענטשן, אָדער פון מזיקים.
— רבי — ענטפערט ער — אַ מענטש בין איך געווען. שוין לאַנג אַוועק פון יענער וועלט. האַק איך אָן טאָג־טעגלעך האָלץ, טראָג אָט די שווערע משא אויף מיינע אייגענע פּלייצעס און מע מאַכט מיט דעם אַ פייער און מע פאַרברענט מיך דריי מאָל אין טאָג.
— וואָס האָסטו אַזוינס געטאָן ביים לעבן? — פרעגט אים ר׳ עקיבא.
— איך האָב ניט איבערגעלאָזט קיין פאַרבאָטענע זאַך, איך זאָל עס ניט טון. איצט לאָזן מיך די מלאכי חבלה ניט צו רו.
— האָסטו איבערגעלאָזט אַ זון? — פרעגט אים ווייטער ר׳ עקיבא.
דער מענטש האָט זיך פּלוצים אַ כאַפּ געטאָן מיט שרעק און געזאָגט:
— ווי גאָט איז דיר ליב, פאַרהאַלט מיך ניט. איך ציטער פאַר די מלאכי חבלה, זיי וועלן מיך שמייסן מיט פייערדיקע ריטער דערפאַר וואָס איך האָב זיך פאַרזאַמט.
זאָגט אים ר׳ עקיבא:
— ענטפער מיר נאָר אויף דעם, ס׳איז פון דיין טובה וועגן.
— איך האָב איבערגעלאָזט מיין ווייב מעוברת אין יענער און יענער שטאָט — ענטפערט אָפּ דער מענטש און לאָזט זיך לויפן געשווינד מיטן האָלץ.
האָט זיך ר׳ עקיבא אַוועקגעלאָזט אין וועג ביז ער איז געקומען אין יענער שטאָט. דערהערט אַז דער גרויסער ר׳ עקיבא איז געקומען, גייען אים אַקעגן אַרויס די שטאָט־לייט. הייבט ער זיך אָן ביי זיי צו דערפרעגן: וואו איז דאָס הויז פון יענעם און יענעם? — ענטפערט מען אים:
— זאָל דער נאָמען פונעם רשע פאַרפוילט ווערן.
— און זיין פרוי וואו איז? פרעגט ער ווייטער.
— אָפּגעמעקט זאָל ווערן איר נאָמען און געדעכעניש — ענטפערט מען אים.
— האָט ער אַ זון? וואָס איז דער אַזוינס?
— אַן אמת׳ער גוי. אַפילו ניט געמלט.
— ברענגט אים פונדעסטוועגן אַהער — זאָגט ר׳ עקיבא. ברענגט מען אים. הייסט ר׳ עקיבא אים מל זיין, און האָט אים אַוועקגעזעצט פאַר זיך לערנען, ביז ער האָט אים אויסגעלערנט ברכות. שבת האָט ער אים געהייסן אויפרופן צו דער תורה און ער האָט געזאָגט אויף אַ קול די ברכות. האָט מען באַלד דעם פאָטער זיינעם אַרויסגענומען פון גיהנום און איבערגעפירט אין גן עדן. ביינאַכט איז דער מת געקומען ר׳ עקיבאן צו חלום און האָט אים געזאָגט:
— זאָל דיר, רבי, אַקעגן קומען וואָס דו האָסט מיר געטאָן: דו האָסט מיך אויסגעלייזט פונעם גיהנום.
ווי פון גן עדן, פון די צדיקים׳ס מויל, גייט אויף אַ לויב צו גאָט, ברוך הוא, אַזוי אויך גייט אַ לויב צו אים אויך פון גיהנום, ווי עס ווערט געזאָגט אין תהלים: „די דורכגייער אין יאָמער טאָל פאַרוואַנדלען אים אין אַ קוואַל”. מיט קוואַלן טרערן באַגיסן זיי זיך, ביז זיי קילן אויס דעם גיהנום מיט זייערע טרערן. און פון דאָרטן גייט אויף די לויב צו גאָט, ברוך הוא, ווי דער זעלבער פּסוק ענדיקט: „אויך מיט ברכות ווערט איינגעהילט דער לערער”. וואָס זאָגן זיי? — „גוט האָסטו געפּסקענט, גוט האָסטו געריכטעט, גוט האָסטו באַשולדיקט — דו ביסט גערעכט און דיין משפּט איז גערעכט!!
}