די יידישע אגדות/באַנד 1

די יידישע אגדות
מחברים:
אויסגאַבע:בערלין, 1921
פאַרלאַג:מוריה
סקאַנירטע ווערסיע אין Internet Archive:diyudisheagodefo01bialuoft
די צאָל זייטן:180
אינהאַלט:זע אונטן
אַלע בענד:
זע אויך אין מאָדערנעם אויסלייג
דִי יוּדִישֶע אַגָדוֹת
פָאלקסטִימלִיכעֶ עֶרצֵעהלוּנגֶען זַאגֶען, לֶעגֶענדֶען, מְשָלִים. אַפָארִיזמֶען
אוּן שפּרִיכוֶוערטֶער
גֶעקלִיבֶּען פוּן תַּלְמוּד אוּן מֶדְרָשִים
נאָכ׳ן העֶבּרעֵאיִשעֶן
„סֵפֶר הָאַגָדָה”
בּעֶאַרבּײַט אוּן גרוּפּיִרט נאָכ׳ן איִנהאַלט
דוּרך י. ח. ראבניצקי אוּן ח. נ. ביאליק.




עֶרשטעֶר בּאַנד.
צװײֵטעֶ אוׂיפלאַגעֶ.



בּעֶרלין, תרפ״ב.




פאַרלאַג „מוריה” , ירושלים , בּערלין , אָדעֶס

↤ II



אלע רעכט פאָרבעהאלטען



Offsetdruck E. Heckendorf, Berlin


↤ III

אינהאלט:
זײט
פארװארט VI
די „אגדה” איבער אגדה.
אגדה און משל XI
הלכה און אגדה XII
די ערשטע דורות.
אדם הראשון 1
די שעהנע װעלט 2
די כלה שבת
גראזען און בײמער 3
דאס אײזען
די זון און די לבנה
אלע בעשעפענישען זענען נוצליך
חוה 4
דער ערשטער חטא 5
דער פעניקס 6
די נײגיעריגע פרוי
נאכ׳ן חטא 7
אנגעװאוירען א טרײען דיענער
דער ערשטער זון־אונטערגאנג.
דאס ערשטע פײער 8
די קורצע טעג
קין און הבל.
למך 11
די געפאלענע מלאכים און די ריעזען
נח און דער מבול 13


זײט
שקד און פלוך 15
שכרות
נמרוד און דער דור הפלגה 16
די אבות.
אברהם׳ס געבורט 18
תרח׳ס געטער 19
ישמעאל און זײנע פרויען 22
עקדת יצחק 23
אברהם׳ס טויט 28
סדום 29
אליעזר אין סדום 30
דער סדום׳ער מכניס־אורח 31
סדום׳ער נדבות 32
דער גזר־דין.
לוט׳ס װײב 33
יעקב און עשו.
יצחק׳ס בלינדקײט
די ברכות 34
לאה 36
יעקב ראנגעלט זיך מיט׳ן מלאך
רבקה׳ס טויט 37
רחל׳ס-קבר 38
יוסף׳ס שעהנהײט 39
יוסף אין מצרים
יוסף און זײנע ברידער 40
שמע, ישראל! 44
יעקב׳ס קבורה 45
צוריקװעגס בײ יענער גרוב 46

↤ IV

זײט
די יודען אין מצרים.
די גזירה פון װאסער 47
די גזירה פון לײט און ציגעל 48
אינ׳ם זכות פון די פרומע פרויען
נאך דער ארבײט 49
די מאס איז איברעפולט 50
משה׳ס עלטערן
משה׳ס געבורט 51
די פרוב
משה געהט־ארויס צו זײנע ברידער 52
אנטלאפען 53
אין לאנד כוש
יתרו 54
א טרײער הירט 55
דער דארנבוים
משה׳ס שטעקען
די זקנים האבען זיך אפּגעטראגען 56
משה און אהרן בײ פרעה׳ן
פרעה׳ס הארץ 58
פון שטעקענס שלאנגען 59
צװישען הירט און װאלף
די מכה „בלוט״ 60
פרעש 61
מדה כנגד מדה
דער האגעל 62
די דרײ טעג פינסטערניש
פרעה זוכט משה׳ן 63
יוסף׳ס ארון
יציאת מצרים.
דער שלימ׳מזל 65


זײט
בײדע זיך געפרעהט 66
שפעט זיך ארומגעקוקט
די יודען בײ׳ם ים־סוף 67
קריעת ים־סוף
דער שר של ים 68
זה אלי! 69
די רויב פון ים 70
די יודען אין מדבר.
דער מן 71
עמלק 72
מתן תורה 73
דער עגל 78
דער משכן 81
מחנה ישראל 83
משה׳ס בילד 84
קורח 85
מי מריבה 88
אהרן׳ס טויט 89
אין טהאל ארנון 91
עוג מלך הבשן 92
די קלײדער אין דער מדבר 93
דער טויט פון דור המדבר 94
בלעם 95
משה׳ס טויט 98
שופטים און מלכים.
יפתח און זײן טאכטער 107
אלקנה און חנה 108
שאול 109
דוד דער טרײער פאסטוך 110
דוד און דער בופעל 111
חכמה און שגעון

↤ V

זײט
הארניס און שפין 112
דוד און מיכל 113
דוד׳ס הארפע 115
דוד און ישבי
דוד און זײן תהלים 117
דוד׳ס טויט 118
שלׂמה׳ס חכמה
פאר־קאפ 120
דער משפט מיט דער שלאנג 122
דער משפט מיט די דרײ רײזענדער 123
די חכמה פון מצרים 125
פרעה׳ס טאכטער
שלׂמה׳ס שטול 126
מלכת שבא 128
שלׂמה המלך׳ס אדלער 132
שלׂמה המלך און דער אשמדי 133
יונה הנביא אין פיש 141
מרודך בן בלאדן 144
מנשה און ישעיה הנביא 145
מנשה׳ס טויט
יהויקים און יכניה 146
דער חורבן פון ערשטען בית־המקדש.
דעֶר הונגער 149
די שרפה 150
זײט
צדקיהו המלך 151
ירמיה נאכ׳ן חורבן 152
דער טרויער פון די אבות 154
זכריה הנביא׳ס בלוט 158
דאס אכזריות פון ישמעאל׳ס קינדער 159
בײ די טײכען פון בבל
בענקעניש 161
נחמה 162
צװישען ערשטען און צװײטען בית־המקדש.
חירם מלך צור׳ס לופט־שלאס אין מיטען ים 164
דניאל און די שלאנג 165
חנניה, מישאל ועזריה 166
נס פורים: אחשורוש׳ס סעודה 167
בגתן ותרש
װי מיט די אויבערשטע אזוי מיט די אונטערשטע
המן׳ס גדולה 168
המן׳ס אונטערנעהמען
המן׳ס מסירות 169
די גזירה 170
המן׳ס מפלה 176
המן ס תליה 179

↤ VI

פאָרװאָרט

דיִ יוּדיִשעֶ „אַגָדָה” ¹) — װאָס פאַר אַ יוּד װײֵסט ניִשט װיִ פיִעל טײַעֶרעֶ אוׂצְרוׂת פוּן שעֶהנהײַט אוּן פאָלקס־שעֶפּפוּנג, װאָס פאַר אַ ליִכטיִגעֶ פּעֶרלעֶן פוּן געֶדאַנקעֶן אוּן טיִעפזיִן געֶפוּנט זיִך דאָרט, צוּזײֵט אוּן צוּשפּרײֵט? הוּנדעֶרטעֶר יאָהרעֶן איִז דיִ יוּדיִשעֶ אגדה געֶװעֶן דיִ אײֵן־אוּן־אײֵנציִגעֶ פרײַעֶ שעֶפּפוּנגס־פאָרם פוּנ׳ם יוּדיִשעֶן פאָלקס־גײַסט. דאָס בּעֶהאַרצליִכסטעֶ אוּן דאָס איִנטיִמסטעֶ װאָס דיִ יוּדיִשעֶ נְשָמָה פעֶרמאָגט — האָט געֶפוּנעֶן זײַן אֱמֶת־פאָלקסטיִמליִכעֶן אוׂיסֵדֶרוּק איִן דעֶר אגדה. געֶשאַפעֶן דוּרך אַלעֶ קרײַזעֶן פוּן פאָלק זעֶלבּסט, פוּן זײַנעֶ העֶכסטעֶ פּעֶרזעֶנליִכקײַטעֶן בּיִז דיִ קלעֶנסטעֶ, איִז דיִ אגדה ניִשט אוּמזיִסט געֶװעֶן לאַנגעֶ הוּנדעֶרטעֶר יאָהרעֶן דאָס בעליעבּסטעֶ לעֶזעֶן פאַר דעֶם גאַנצעֶן פאָלק, פאַר גרוׂיס אוּן קלײֵן, פוּנ׳ם גרוׂיסעֶן לַמְדָן בּיִז גאָר אַ פָּשוּט׳עֶן יוּדעֶן; פוּן דעֶם „לעֶבּעֶדיִגעֶן קװאַל” האָט יעֶדעֶר יוּד, לוׂיט זײַן הַשָׂגָה, געֶשעֶפּט פאַר זײַן יוּדיִש האַרץ עֶרפריִשעֶנדעֶס אוּן עֶרקװיִקעֶנדעֶס, לעֶהרעֶ אוּן טרײֵסט איִן אַלעֶ צײַטעֶן.

נאָר דאָס איִז אַלץ געֶװעֶן אַ מאָל: דיִ לעֶצטעֶ יאָהרעֶן אָבּעֶר איִז דאָס פאָלק, ↰ VII צוּליִעבּ פעֶרשיִדעֶנעֶ סִבּוׂת, לײֵדעֶר, אָפּגעֶריִסעֶן. אוּן דעֶרװײַטעֶרט געֶװאָרעֶן פוּן אָט דעֶם גײַסטיִגעֶן קװאַל זײַנעֶם: דיִ אגדה איִז, װיִ געֶװאוּסט, געֶשאַפעֶן צוּמײֵנסטעֶן נוּר איִן לָשון־קוׂדֶש אוּן איִז צוּשפּרײֵט איִן זעֶהר פיִעל פעֶרשיִדעֶנעֶ אַלטעֶ סְפָרִים, װאוּ זיִ איִז, חוּץ דעֶם אַלעֶמעֶן, זעֶהר אָפט אײַנגעֶפלאָכטעֶן אוּן אוׂיסגעֶמיִשט, אָהן אַ שוּם סֵדֶר אוּן צוּזאַמעֶנהאַנג, מיִט זײַטיִגעֶ אָפּגעֶלעֶבּטעֶ זאַכעֶן. כְּדֵי װיִדעֶר אוׂיפצוּלעֶבּעֶן זיִ אוּן װיִ אַמאָל פעֶראיִנטעֶרעֶסיִרעֶן מיִט איִהר דאָס גאַנצעֶ פאָלק -איִן אוּנזעֶרעֶ צײַטעֶן — האָט זיִ געֶמוּזט צוּנוׂיפגעֶקליִבּעֶן װעֶרעֶן פוּן טוׂיזעֶנדעֶר פעֶרװאָרפעֶנעֶ װיִנקעֶליִך, אָפּגעֶרײֵניִגט װעֶרעֶן פוּנ׳ם לאַנגיאָהריִגעֶן שטוׂיבּ, געֶפּוּצט אוּן געֶסטיִליִזיִרט, אוּן איִן אַ געֶװיִסעֶר אָרדנוּנג, כראָנאָלאָגיִש אוּן זאַכליִך, גרוּפּיִרט װעֶרעֶן, — עֶרשט דאַן קעֶן זיִ בּעֶקוּמעֶן איִהר אײֵגעֶנטיִמליִכעֶן אוׂיסזעֶהן אוּן עֶרשײַנעֶן איִן איִהר פוּלעֶן גלאַנץ אוּן אֱמֶת׳עֶן װעֶרטה פאַר׳ן פאָלק אוׂיך איִן הײַנטיִגעֶ צײַטעֶן.

¹) װעֶרטליִך: זאַגעֶ, עֶרצעֶהלוּנג (פוּנ׳ם װאָרט „הגד” — זאָגעֶן, עֶרצעהלעֶן), אוּן איִנ׳ם פעֶרבּרײֵטעֶרטעֶן זיִן — אַלעֶס װאָס ניִשט „הלכה” (דִינִים), ד. ה. אוׂיך מְשָלִים, אַפאָריִזמעֶן, סעֶנטעֶנצעֶן איִבּעֶר מוּסר אוּן מדוׂת, שפּריִכװעֶרטעֶר א. ז. װ.

הלכה אוּן אַגדה — דאָס זעֶנעֶן דיִ צװײֵ סעֶרשיִדעֶנאַרטיִגעֶ שריִפט-טהײֵלעֶן, װאָס בּײֵדעֶ צוּזאַמעֶן בּיִלדעֶן דעֶם איִנהאַלט פוּן תּוׂרה שבעל־פה (מיִנדליִכעֶ לעהרע) איִן בּײֵדעֶ תּּלמוּד׳עֶן, װאָס זעֶגעֶן געֶשאַפעֶן איִן אַ משך פוּן הוּנדעֶרטעֶר יאָהרעֶן דוּרך אוּנזעֶרעֶ גרוׂיסעֶ געֶלעֶהרטעֶ איִן ארץ יִשראל (תַּלמוּד ירוּשלמי) אוּן איִן בּבל (תַּלמוּד בּבלי). פאַר דעֶר „אַגדה” עֶקסיִסטיִרעֶן אוׂיך בּעֶזוּנדעֶרעֶ זאַמלוּנגעֶן עֶלטעֶרעֶ אוּנטעֶר׳ן אַלגעֶמײֵנעֶם נאָמעֶן „מדַרְשיִם”, אוּן שפּעֶטעֶרעֶ פעֶרשיִדעֶנעֶ צוּנוׂיפשטעֶלוּנגעֶן, װיִ עיִן־יעקב‎, ילקוׂט, מנוׂרת המאוׂר א. ז. װ.

איִן דעֶר צײַט װאָס מיִט דעֶר שאַרפזיִניִגעֶר אוּן טריִקיִנעֶר הלכה האָבּעֶן זיִך מעֶהר בּעֶשעֶפטיִגט דיִ בּעלי־מוׂחוׂת אוּן דיִ לוׂמדִים פוּנ׳ם פאָלק, — איִז דיִ בּעֶהאַרצטעֶ אוּן זאַפטיִגעֶ אַגדה געֶװעֶן מעֶהר בּעֶלִיעֶבּט בּײַ׳ם פָּשוּט׳עֶן עוׂלָם.

אוּן צוּ אוׂיספיִהרוּנג פוּן דעֶר אוׂיפגאַבּעֶ האָבּעֶן טאַקיִ געֶשטרעֶבּט דיִ מְסַדְרִים פוּן דיִ אֲגָדוׂת איִן יוּדיִשעֶן. נאָך דעֶם װיִ זײֵ האָבּעֶן אָפּגעֶגעֶבּעֶן העֶכעֶר זעֶקס יאָהר שװעֶרעֶ מיִה אוׂיף זאַמלעֶן אוּן גרוּפּיִרעֶן אַלעֶ בּעֶסטעֶ יוּדיִשעֶ אגדוׂת פוּן תַּלְמוּד אוּן אַלעֶרלײֵ מֶדְרָשים פאַר דעֶם גרוׂיסעֶן „׳׳׳ספר האגדה׳׳׳”, װאָס איִז עֶרשיִנעֶן איִן העֶבּרעֶאיִש איִן זעֶקס טהײֵל אוּן האָט געֶהאַט גרוׂיס עֶרפאָלג, — האָבּעֶן זײֵ אוּנטעֶרגעֶנוּמעֶן דיִ נײַעֶ אוׂיסגאַבּעֶ פוּן דיִ זעֶלבּעֶ אגדוׂת איִן דעֶם זעֶלבּעֶן סֵדֶר, מיִט קלײֵנעֶ עֶנדעֶרוּנגעֶן, אוׂיך איִן יוּדיִשעֶן, כְּדֵי דעֶרמיִט צוּ מאַכעֶן דעֶם טײַעֶרעֶן פאָלקס־שאַץ צוּגעֶגגליִך פאַר יעֶדעֶן יוּדעֶן, פאַר׳ן גאַנצעֶן פאָלק.

דיִ איִבּעֶרזעֶצוּנג איִז אוׂיסגעֶפיִהרט געֶװאָרעֶן מיִט דעֶר פאָרזיִכטיִגקײַט אוּן דעֶם עֶרנסט, װאָס אַזאַ פעֶראַנטװאָרטליִכעֶ אַרבּײֵט פעֶרדיִענט. אַלטעֶ אוּן בִּפְרַט פאָלקסטיִמליִכעֶ שעֶפּפוּנגעֶן, װיִ קלאַסיִש אוּן שאַצבּאַר זײֵ זאָלעֶן ניִט זײַן, זעֶנעֶן דאָך צוּמײֵנסטעֶן פּריִמיִטיִװ מִצַד דעֶר פאָרם, סטיִל אָדעֶר איִנהאַלט, אוּן איִבּעֶרגעֶדיִכטעֶטעֶ אוׂיף דאָס נײַ איִן אַן אַנדעֶר שפּראַך, איִז גאַנץ לײַכט איִבּעֶרצוּטרעֶטעֶן דעֶם זעֶהר שמאָלעֶן גרעֶנעֶץ, װאָס טײֵלט־אָפּ דאָס דעֶרהוׂיבּעֶנעֶ פוּן דעֶם געֶמײֵנעֶם, דאָס נאַאיִװעֶ פוּן דעֶם לעֶכעֶרליִכעֶן, דאָס אײֵגעֶנאַרטיִגעֶ פוּן דעֶם װיִלד$פרעֶמדעֶן. דיִ מְסַדְרִים האָבּעֶן זיִך דעֶריִבּעֶר בּעֶמיִהט, אַז דעֶר אַלטעֶר װײַן פוּן דעֶר אַגָדָה איִן זײַן נײַעֶר כֵּלִי, זאָל װיִ װײַט מעֶגליִך ניִט פעֶרליִערעֶן זײַן העֶכסט יוּדיִשעֶן אײֵדעֶלעֶן טַעַם אוּן רֵיחַ אוּן בּלײַבּעֶן אוׂיך בּײַ זײַן אײֵגעֶנאַרטיִגעֶר מַרְאֶה ¹).

¹) איִן דעֶר איִבּעֶרזעֶצוּנג פוּנ׳ם עֶרשטעֶן טהײֵל האָט געֶנוּמעֶן אַ אַנטהײֵל אוׂיך ה׳ ח. טשעֶטעֶריִנסקי, אוּנטעֶר דעֶר רעֶדאַקציִאָן פוּן דיִ מחבּריִם.

↤ VIII

דיִ גאַנצעֶ זאַמלוּנג פוּן דיִ יוּדיִשעֶ אַגָדוׂת עֶנטהאַלט 4 בּעֶנדעֶר.

דעֶר עֶרשטעֶר בּאַנד עֶנטהאַלט אוׂיסדעֶרװעֵהלטעֶ אגדוׂת איִבּעֶר פּעֶרזאָנעֶן אוּן געֶשעֶהעֶניִשעֶן פוּן דעֶר בּיִבּליִשעֶר צײַט, פוּן בְּרִיאַת הָעוׂלָם (װעֶלט־שאַפוּנג) בּיִז דעֶר אָנהוׂיבּ צײַט פוּנ׳ם צװײֵטעֶן בֵּית־הַמִקְדָש.

דעֶר צװײֵטעֶר בּאַנד — איִבּעֶר פּעֶרזאָנעֶן אוּן געֶשעֶהעֶניִשעֶן איִן דעֶר צײַט פוּנ׳ם צװײֵטעֶן בּית־המקדש בּיִז נאָך זײַן חוּרְבָּן, אוּן איִבּעֶר׳ן לעֶבּעֶן פוּן דיִ גרעֶסטעֶ שעֶפעֶר פוּנ׳ם תַּלְמוּד, דיִ תַּנָאִים אוּן אֲמוֹרָאִים.

דעֶר גאַנצעֶר אַגַדיִסטיִשעֶר מאַטעֶריִאַל פוּן דיִ בּײֵדעֶ בּעֶנדעֶר איִז גרוּפּיִרט כראָנאָלאָגיִש (נאָכ׳ן היִסטאָריִשעֶן סֵדֶר פוּן דיִ צײַטעֶן).

דעֶר דריִטעֶר בּאַנד — דיִ שעֶהנסטעֶ לעֶגעֶנדעֶן אוּן דיִ שאַרפסטעֶ אַפאָריִזמעֶן איִבּעֶר דעֶם יוּדיִשעֶן פאָלק אוּן איִבּעֶר אַלעֶ זײַנעֶ טײַעֶרסטעֶ נאַציִאָנאַלעֶ װעֶרטהעֶ (לאַנד, שפּראַך, תּוׂרָה, נְבוּאָה א. ז. װ); װיִ אוׂיך איִבּעֶר זײַנעֶ װיִכטיִגסטעֶ גײַסטיִג־רעֶליִגלעֶזעֶ אַנשוׂיעֶנגעֶן (איִבּעֶר גאָטהײַט, גוּטס אוּן שלעֶכטס, זיִנד אוּן תְּשוּבָה, יעֶנעֶ װעֶלט א. ז. װ).

דעֶר פיִערטעֶר בּאַנד — איִבּעֶר פּעֶרזעֶנליִכעֶ אוּן סאָציִאַלעֶ פעֶרקעֶהרוּנגעֶן, גוּטעֶ אוּן שלעֶכטעֶ מִדות א. ז. װ.

↤ IX

ערשטער באנד.

↤ XI

דיִ „אַגָדָה” איִבּעֶר אַגָדָה.
אַגָדָה אוּן מָשָל.

װיִלסטוּ דעֶם װעֶלט־שעֶפעֶר עֶרקעֶנעֶן — לעֶרן אַגָדָה. דוּרך איִהר װעֶסטוּ גאָט בָּרוּך־הוּא בּעֶגרײֵפעֶן אוּן װיִסעֶן זיִך צוּ האַלטעֶן איִן זײַנעֶ װעֶגעֶן.




דעֶם מָשָל האַלט ניִשט פאַר גריִנג. מיִט אַ גראָשעֶן־ליִכטעֶל זוּכט מעֶן אַמאָל אָפּ אַ פעֶרלוׂירעֶן גאָלדעֶן רעֶנדעֶל אָדעֶר אַ טײַעֶרעֶן פּעֶרעֶל, אוּן דוּרך אַ לײַכטעֶן אײֵנפאַכעֶן מָשָל בּעֶנעֶהמט מעֶן אַמאָל דעֶם טיִעפסטעֶן געֶדאַנק.




„קוׂהֶלֶת ¹) איִז ניִשט נוּר פאַר זיך קליִג געֶװעֶן, עֶר האָט אוׂיך דעֶם פאָלק װיִסעֶנשאַפט געֶלעֶרעֶנט, פיִעל מְשָלִים צוּגעֶטראַכט”...

— דיִ תּוׂרָה — זאָגט רַב נַחְמָן — איִז בּיִז שְלמה׳ן געֶגליִכעֶן געֶװעֶן צוּ אַ לאַבּיִריִנט, אַ מיִן פּאַלאַץ פוּל מיִט פעֶרפּלאָנטעֶטעֶ אוּן פעֶרדרעֵהטעֶ ציִמעֶרעֶן; איִז עֶמיִצעֶר אַהיִן אַרײַן האָט עֶר זיִך פעֶרבּלאָנזעֶט, ניִט צוּ װיִסעֶן װיִ אײַן אוּן װיִ אוׂיס; געֶקוּמעֶן שלמה, האָט עֶר אוׂיפגעֶטהוּן דעֶם משל, װאָס האָט געֶדיִענט װיִ יעֶנס קנײַלכעֶן פאָדעֶם, װאָס צוּגעֶבּוּנדעֶן בּײַ׳ם אַרײַנגאַנג אוּן געֶצוׂיגעֶן פוּן דאָרט — מײַזט עֶס פאַר יעֶדעֶן גאָר לײַכט דעֶם װעֶג אַרײַן אוּן אַרוׂיס.

נאָך קעֶן מעֶן גלײַכעֶן דיִ תּוׂרה בּיִז שלמה׳ן צוּ אַ געֶדיִכטעֶן װיִלד־פעֶרװאָקסעֶנעֶם װאַלד; שלמה׳ס משל האָט געֶדיִענט װיִ דאָס העֶקיִל, מיִט װעֶלכעֶן מ׳האַקט דוּרך דאָס עֶרשטעֶ שׁטעֶגעֶלעֶ, פאַר יעֶדעֶן אַ װעֶג אַרײַן אוּן אַרוׂיס.

רַבִּי יוׂסִי גלײַכט דיִ תּוׂרה בּיִז שלמה׳ן צוּ אַ גרוׂיסעֶן קאָרבּ אָנגעֶפוּלט מיִט אַלעֶרלײֵ טײַעֶרעֶ פרוּכט, נאָר אָהן אוׂיעֶרעֶן, קעֶן עֶס קײֵנעֶר פוּן אָרט ניִשט ריִהרעֶן; שלמה׳ס משל איִז פאַר איִהר געֶװעֶן דאָס אוׂיעֶרעֶל, פאַר װעֶלכעֶס יעֶדעֶר האָט זיִ געֶקעֶנט לײַכט הײֵבּעֶן אוּן טראָגעֶן.

¹) שלמה המלך.

רבּיִ חֲנִינָא זאָגט: בּיִז שלמה׳ן איִז דיִ תּוׂרה גלײַך געֶװעֶן צוּ אַ בּרוּנעֶן פוּל מיִט קאַלטעֶ, זיִסעֶ װסעֶר, װאָס צוּליִעבּ זײַן אוּנגעֶהײַעֶר טיִעפקײַט קעֶן קײֵנעֶר ↰ XII דאָס װאַסעֶר ניִשט געֶנוּסעֶן, בּיִז עֶס נעֶמט אײֵנעֶר אוּן בּוּנדט־צוּ אַ שטריִקעֶל צוּ אַ שטריִקעֶל, אַ שניִרעֶל צוּ אַ שניִרעֶל אוּן לאָזט־אַראָפּ איִן דעֶר טיִעף דעֶם עֶמעֶר אוּן שעֶפּט־אָן װאַסעֶר פאַר יעֶדעֶן. דעֶם זעֶלבּעֶן אוׂיפטהוּ האָט בּעֶװיִזעֶן שלמה מיִט זײַנעֶ מְשָלִים: משל צוּ משל, בּײַשפּיִעל צוּ בּײַשפּיִעל — אוּן דיִ טיִעפעֶ תּוׂרה װעֶרט דעֶרצרוּנטעֶװעֶט.

הֲלָכָה אוּן אַגָדָה.

„בּרוׂיט” — דאָס איִז הֲלָכָה ¹), „װײַן” דאָס איִז אַגָדָה ²) — אוּן ניִט אוׂיף בּרוׂיט אַלײֵן לעֶבּט דעֶר מעֶנש”...




רַבִּי אַבָּהוּ אוּן רַבִּי חִיָא בַּר אַבָּא זעֶנעֶן זיִך צוּנוׂיפגעֶקוּמעֶן איִן אײֵן שטאָדט אוּן דאָרט פאַר׳ן עוׂלָם געֶ׳דַרְש׳עֶט, דעֶר עֶרשטעֶר איִן אַגדה, דעֶר צװײֵטעֶר איִן הלכה. האָט דעֶר גאַנצעֶר עוׂלָם איִבּעֶרגעֶלאָזט ר׳ חִיָא׳ן אוּן זיִך אַ לאָז געֶטוּהן צוּ ר׳ אבּהוּ׳ס דְרָשָה. איִז יעֶנעֶר בּײַ זיִך אַראָפּגעֶפאַלעֶן. האָט איִהם ר׳ אַבּהוּ בּעֶרוּהיִגט מיִט אַזאַ מָשָל:

— איִן אַ שטאָדט זעֶנעֶן אַמאָל געֶקוּמעֶן צװײֵ העֶנדלעֶר, אײֵנעֶר האָט פעֶרקוׂיפט בּריִליִאַנטעֶן אוּן פּעֶרעֶל, דעֶר צװײֵטעֶר — קלײֵן־צעֶלניִק, װיִ נאָדלעֶן, שפּיִלקעֶס אוּן נאָך אַזעֶלכעֶ בּיִליִגעֶ אָבּעֶר נײֵטיִגעֶ קלייֵניִגקײַטעֶן. אוׂיף װעֶמעֶנס סְחוׂרָה געֶפוּנט זיִך מעֶהר בַּעְלָנִים ? — פעֶרשטעֶהט זיִך, אוׂיפ׳ן צװײֵטעֶנס...




רַב אַמִי אוּן רַב אַסִי זעֶנעֶן געֶזעֶסעֶן פאַר זײֵעֶר רֶבִּי׳ן רַבִּי יִצְחָק נַפְחָא. האָט אײֵנעֶר פוּן זײֵ בּײַ׳ם רבּי׳ן געֶבּעֶטעֶן עֶר זאָל עֶפּיִס אַן הלכה־זאַך זאָגעֶן, אוּן דעֶר צװײֵטעֶר — אַן אַגדה־זאַך. הוׂיבּט ר׳ יִצחק אָן זאָגעֶן איִן אַגדה — לאָזט דעֶר ניִשט, װיִל עֶר זאָגעֶן איִן הלכה — לאָזט יעֶנעֶר ניִשט. זאָגט זײֵ ר׳ יִצחק אוׂיף דעֶם אַזאַ משל:

— עֶס קוּמט־אוׂיס װיִ יעֶנעֶר בּעֶיאָהרטעֶר מעֶנש װאָס האָט געֶהאַט צװײֵ פרוׂיעֶן, אַ יוּנגעֶ אוּן אַ אַלטעֶ. פליִקט איִהם דיִ יוּנגעֶ אוׂיס זײַנעֶ גרוׂיעֶ האָר אוּן דיִ אַלטעֶ זײַנעֶ שװאַרצעֶ האַר. לאָזט זיִך אוׂיס, אַז עֶר בּלײַבּט נעֶבּיִך גאָר אַ פּליִך פוּן אַלעֶ זײַטעֶן.

¹) דִינִים, נאָרמעֶן פוּנ׳ם אַלטעֶגליִכן לעֶבּעֶן, נײֵטיִגעֶ װיִ בּרוׂיט. ²) זיִ קיויִקט אוּן עֶרפריִשט װיִ װײַן.

↤ 1

דיִ עֶרשְטעֶ דוׂרוׂת
אָדָם הָרִאשׁוׂן ¹)

גאָט האָט אוׂיף דעֶר װעֶלט נוּר אײֵן מעֶנשעֶן בּעֶשאַפעֶן, כְּדֵי אײֵנעֶר אַקעֶגעֶן צװײֵטעֶן זאָל זיִך דעֶרנאָך ניִשט קעֶנעֶן איִבּעֶרנעֶהמעֶן אוּן זאָגעֶן: „מײַן יִחוּס איִז גרעֶסעֶר פוּן דײַנעֶם! מײַן עֶלטעֶר־זײֵדעֶ איִז אַ שעֶהנעֶרעֶר!”

אַלעֶ מעֶנשעֶן זעֶנעֶן גלײַך, פוּן אײֵן טאַטעֶן קוּמעֶן זײֵ אַרוׂיס.

בּעֶשאַפעֶן האָט גאָט פריִהעֶר דיִ װעֶלט אוּן אַלעֶ בְּרוּאִים, אוּן דעֶם מעֶנשעֶן האָט עֶר עֶרֶב־שַׁבָּת, שוׂין נאָך אַלעֶמעֶן, בּעֶשאַפעֶן, כְּדֵי אוׂיבּ עֶר װעֶט זיִך װעֶלעֶן איִבּעֶרנעֶהמעֶן, זאָל מעֶן איִהם קעֶנעֶן זאָגעֶן: אַ פליִגעֶל אַפילוּ, אַ קלײֵן װעֶרעֶמיִל, איִז אוׂיך פריִהעֶר פאַר דיִר בּעֶשאַפעֶן געֶװאָרעֶן.

אוּן אוׂיך דעֶרפאַר, כְּדֵי עֶר זאָל קוּמעֶן אוׂיף דעֶר װעֶלט צוּ אַלעֶס גרײֵטעֶן. אַזוׂי בּוׂיעֶט־אוׂיס אַ קעֶניִג אַ שעֶהנעֶם פּאַלאַץ, ציִערט איִהם אוׂיס, גרײֵט־אָן אַ זײַכעֶ סְעוּדָה, אוּן עֶרשט דעֶרנאָך פיִהרט עֶר אַהיִן אַרײַן דעֶם ליִעבּעֶן גאַסט.

¹) דעֶר עֶרשטעֶר מעֶנש.

װעֶן גאָט האָט געֶנוּמעֶן דעֶם מעֶנשעֶן בּעֶשאַפעֶן, רוּפעֶן זיִך אָפּ צוּ איִהם דיִ מַלְאָכִים: „האַר פוּן דעֶר װעֶלט: װאָס טוׂיג דיִר אָט דעֶר מעֶנש? װאָס מאַכסטוּ פוּן איִהם אַ װעֶזעֶן?”

— אוׂיבּ אַזוׂי — עֶנטפעֶרט זײֵ גאָט — פאַר װעֶמעֶן זעֶנעֶן שאָף אוּן רעֶדעֶר בּעֶשאַפעֶן געֶװאָרעֶן? דיִ פוׂיגעֶל אוּנטעֶר׳ן היִמעֶל אוּן דיִ פיִש איִן יַמ׳עֶן צוּ װאָס טוׂיגעֶן? בּוׂיעֶט אַ קעֶניִג אוׂיס אַ פּאַלאַץ אוּן פוּלט איִהם אָן מיִט אַלעֶס ↰ 2 גוּטס, צוּ װאָס נוּצט דאָס אַלץ, אוׂיבּ קײַן געֶסט זעֶנעֶן ניִשטאָ, אוׂיבּ קײֵנעֶר װעֶט קײַן הֲנָאָה פוּן דעֶם ניִשט האָבּעֶן?

— געֶרעֶכט בּיִזטוּ, מעֶכטיִגעֶר גאָט — זאָגעֶן דיִ מַלְאָכִים — שאַף נאָך דײַן װיִלעֶן, װיִ דיִר געֶפעֶלט.

דיִ שעֶהנעֶ װעֶלט.

בּעֶשאַפעֶן אָדָם הָרִאשׁוׂן, האָט איִהם גאָט בָּרוּך־הוּא אָנגעֶנוּמעֶן אוּן איִבּעֶר אַלעֶ בּײֵמעֶר פוּן גַן־עֵדֶן אַרוּמגעֶפיִהרט אוּן דעֶרבּײַ אַזוׂי געֶזאָגט: זעֶה דיִ װעֶרק מײַנעֶ, בּעֶטראַכט װיִ שעֶהן זײֵ זעֶנעֶן, װיִ פראַכטפאָל זײֵ זעֶנעֶן! — אוּן דאָס אַלעֶס איִז פוּן דײַניִטװעֶגעֶן. זעֶה־זשעֶ זאָלסט ניִט פעֶרזיִנדיִגעֶן; בּריִנג ניִשט אוּם מיִט דײַן שלעֶכט אוׂיפפיִהרוּנג מײַן װעֶלט! װעֶסטוּ איִן איִהר עֶפּיִס פעֶרדאָרבּעֶן, בּלײַבּט ניִשט װעֶר עֶס זאָל פעֶרריִכטעֶן.

„אוּן גאָט האָט געֶזעֶהן אַלעֶס װאָס עֶר האָט געֶמאַכט אוּן ס׳איִז זעֶהר גוּט” — אַלעֶס איִז פוּן גאָט בּעֶשאַפעֶן געֶװאָרעֶן גוּט, איִן דעֶר רעֶכטעֶר צײַט. אוׂיך דיִ װעֶלט איִז איִן איִהר צײַט פוּן גאָט׳ס האַנד אַרוׂיס, פריִהעֶר האָט זיִ ניִשט בּעֶדאַרפט בּעֶשאַפעֶן װעֶרעֶן.

גאָט בָּרוּך־הוּא האָט װעֶלטעֶן בּעֶשאַפעֶן אוּן אוּמגעֶבּראַכט, בּעֶשאַפעֶן אוּן אוּמגעֶבּראַכט, בּיִז עֶר האָט זיִך אוׂיף דעֶר װעֶלט אָפּגעֶשטעֶלט: אָט דיִ געֶפעֶלט מיִר!

בּעֶטראַכט דיִ נײַעֶ שעֶהנעֶ װעֶלט זײַנעֶ, האָט גאָט געֶזאָגט: װעֶלט מײַנעֶ, װעֶלט מײַנעֶ! הַלְואַי זאָלסטוּ תָּמִיד איִן אַלעֶ צײַטעֶן האָבּעֶן איִן מײַנעֶ אוׂיגעֶן דעֶם איִצטיִגעֶן חֵן!

געֶשטאָלציִרט האָט גאָט מיִט זײַן װעֶלט: „זעֶהט דיִ בּעֶשעֶפעֶניִשעֶן, בּעֶטראַכט דיִ בּיִלדעֶר! אָט װאָס פאַר אַ היִמעֶל אוּן עֶרד!” — דעֶר בּעֶשעֶפעֶר רוּהמט זײֵ, װעֶר־זשעֶ קעֶן שעֶנדעֶן! דעֶר קוּנסטלער נעֶהמט זיִך איִבּעֶר, װעֶר קעֶן אוׂיסזעֶצעֶן אַ פעֶהלעֶר? יאָ, שעֶהן זעֶנעֶן זײֵ, פּראַכטפאָל זעֶנעֶן זײֵ!

דיִ כַּלָה שַׁבָּת.

„אוּן גאָט האָט זיִן גאַנצעֶ אַרבּײַט מיִט דעֶם זיִבּעֶטעֶן טאָג פעֶרעֶנדיִגט” — אַ קעֶניִג האָט געֶמאַכט אַ חוּפָּה־ציִמעֶר אוּן עֶס שעֶהן פעֶרפּוּצט, געֶפעֶהלט האָט נוּר אײֵן זאַך — דיִ כַּלָה זאָל אַהיִן אַרײַנקוּמעֶן.

גאָט בָּרוּך־הוּא האָט בּעֶשאַפעֶן דיִ װאוּנדעֶר־שעֶהנעֶ װעֶלט, אַלעֶס איִז ↰ 3 איִן איִהר פאַרטיִג געֶװעֶן, געֶפעֶהלט האָט איִהר איִן זײֵ] — שַׁבָּת! מיִטץ שַׁבָּת איִז געֶװאָרעֶן אַלעֶס פעֶרעֶנדיִגט.

גראָזעֶן אוּן בּײֵמעֶר.

דאָס קלײֵנסטעֶ גרעֶזעֶלעֶ, דאָס מיִנדסטעֶ בּלוּמעֶלעֶ, האָט זיִך זײַן מַלְאָך איִן היִמעֶל, װאָס װעֶקט עֶס אוּן טרײַבּט־אוּנטעֶר: װאַקס!

גריִנעֶ בּײֵמעֶר שמוּעֶסעֶן זיִך דוּרך אײֵנעֶר מיִט׳ן אַנדעֶרעֶן, גריִנעֶ בּײֵ$מעֶר שמוּעֶסעֶן זיִך דוּרך מיִט לײַטעֶן. צוּ׳ם מעֶנשעֶנ׳ס פעֶרגניִגעֶן זעֶנעֶן גריִנעֶ בּײֵמעֶר בּעֶשאַפעֶן געֶװאָרעֶן.

דאָס אײַזעֶן.

אַ ציִטעֶרניִש האָט אָנגעֶחאַפּט דיִ בּײֵמעֶר װעֶן דאָס אײַזעֶן איִז בּעֶשאַפעֶן געֶװאָרעֶן.

— װאָס ציִטעֶרט איִהר? — האָט דאָס אײַזעֶן זײֵ אַ זאָג געֶטהוּן — װעֶן איִהר אַלײֵן װעֶט מיִר האָלץ אוׂיף אַ שטיִל ניִשט געֶבּעֶן, קעֶן מײַן האַק אײַך גאָר ניִשט שאַדעֶן.

דיִ זוּן אוּן דיִ לְבָנָה.

דיִ זוּן מיִט דעֶר לְבָנָה זעֶנעֶן תְּחִלַת אײֵן גרוׂיס בּעֶשאַפעֶן געֶװאָרעֶן, אוּן בּײֵדעֶ האָבּעֶן געֶלוׂיכטעֶן גלײַך. האָט דיִ לְבָנָה געֶנוּמעֶן טַעְנֶה׳ן פאַר גאָט: רִבּוׂנוׂ־שֶל־עוׂלָם, פּאַסט דעֶן אײֵן קרוׂין פאַר צװײֵ קעֶניִגעֶן?

— געֶה־זשעֶ דוּ אוּן װעֶר קלעֶנעֶר — האָט איִהר גאָט געֶעֶנטפעֶרט.

— האַר פוּן דעֶר װעֶלט — טַעְנֶה׳ט זיִ װײַטעֶר — ציִ דעֶרפאַר װאָס איִך האָבּ דיִר געֶזאָגט אַ גלײַכעֶ זאַך קוּמט מיִר קלעֶנעֶר װעֶרעֶן?

— האָסטוּ דיִ שטעֶרעֶן דיִר פאַר אַ צוּגאָבּ.

אַלעֶ בּעֶשעֶפעֶניִשעֶן זעֶנעֶן נוּצליִך.

פוּן אַלעֶ גאָט׳ס בּעֶשעֶפעֶניִשעֶן איִז קײַן אײֵנס אוּננוּצליִכעֶם ניִשטאָ.

אַפילוּ דיִ זאַכעֶן װאָס דיִר דאַכט זיִך, אַז זײֵ זעֶנעֶן אוׂיף דעֶר װעֶלט גאָר איִבּריִג, װיִ אַ שטײֵגעֶר פליִגעֶליִך, פלײֵ אוּן מיִקעֶן — האָבּעֶן אוׂיך זײֵעֶר אָרט ↰ 4 צװיִשעֶן דיִ בְּרוּאִים ¹) אוׂיף דעֶר װעֶלט. דוּרך אַלעֶמעֶן פיִהרט גאָט אוׂיס זײַן שְׁלִיחוּת, אֲפִילוּ דוּרך אַ שלאַנג, דוּרך אַ פראָש, דוּרך אַ פליִגעֶלעֶ.

מ׳האָט געֶפרעֶגט אַ מאָל דעֶם תַּנָא רַבִּי נְהוׂרָאי: צוּליִעבּ װאָס האָט גאָט אוׂיף דעֶר װעֶלט בּעֶשאַפעֶן שְקָצִים וּרְמָשִׂים ²)?

— מעֶ דאַרף זײֵ — האָט עֶר געֶעֶנטפעֶרט — װעֶן דעֶר מעֶנש פעֶרזיִנדיִגט זיִך פאַר גאָט אוּן ס׳קוּמט איִהם אוּמגעֶבּראַכט צוּ װעֶרעֶן, גיִט גאָט בָּרוּך־הוּא אַ קוּק אוׂיף דיִ שְקָצִים וּרְמָשִׂים אוּן טראַכט זיִך: מיִט װאָס איִז דעֶר מעֶנש עֶרגעֶר פוּן אָט דיִ בְּרוּאִים ? אוׂיבּ זײֵ, װאָס נוּצעֶן צוּ גאָר ניִשט, לאָז איִך לעֶבּעֶן, בִּפְרַט דעֶם מעֶנשעֶן, װאָס קעֶן נאָך בּרײֵנגעֶן דעֶר װעֶלט אַזוׂי פיִעל נוּצעֶן.

חַוָה.

ניִשט פוּן אָדָם׳ס קאָפּּ אַרוׂיס האָט גאָט חַוָה׳ן בּעֶשאַפעֶן — זיִ זאָל ניִשט פעֶרריִסעֶן דעֶם קאָפּ, ניִט פוּנ׳ם אוׂיג — זיִ זאָל ניִשט זײַן קײַן נאָכקוּקעֶריִן, ניִט פוּנ׳ם אוׂיעֶר — זיִ זאָל ניִשט זײַן קײַן אוּנטעֶרהעֶרעֶריִן, ניִט פוּנ׳ם מוׂיל — זיִ זאָל ניִשט זײַן קײַן פּלאַפּלעֶריִן, ניִט פוּן דעֶר האַנד — זיִ זאָל ניִשט זײַן קײַן חאַפּעֶריִן, ניִט פוּנ׳ם פוּס — זיִ זאָל ניִשט זײַן קײַן אַרוּמלוׂיפעֶריִן; נאָר פוּן דעֶר ריִפּ, פוּן אַזאַ אֵבֶר װאָס איִז בּעֶהאַלטעֶן איִנ׳ם מעֶנשעֶן, כְּדֵי זיִ זאָל זײַן גוּט אוּן פרוּם אוּן בּעֶשײַדעֶן.

אוּן דאָך געֶפוּנט זיִך בּײַ איִהר פוּן דעֶם אַלעֶמעֶן.

— אײַעֶר גאָט איִז אַ גַנָב — האָט אַ רוׂימיִשעֶר קֵיסָר געֶזאָגט דעֶם תַּנָא רַבָּן גַמְלִיאֵל — עֶר האָט אָנגעֶװאָרפעֶן אַ שלאָף אוׂיפ׳ן מעֶנשעֶן אוּן אַװעֶקגעֶ$נוּמעֶן בּײַ איִהם אַ ריִפּ!

— לאָז, איִך װעֶל איִהם גיִבּעֶן אַ עֶנטפעֶר — האָט געֶזאָגט דיִ טאָכטעֶר, אוּן װעֶנדעֶנדיִג זיִך צוּם קֵיסָר האָט זיִ צוּגעֶגעֶבּעֶן: שיִק רוּפעֶן אַ ריִכטעֶר.

— צוּ װאָס ? — פרעֶגט דעֶר קֵיסָר.

— רוׂיבּעֶר זעֶנעֶן אוׂיף אוּנז בּײַ־נאַכט בּעֶפאַלעֶן, צוּגעֶנוּמעֶן אַ זיִלבּעֶרנעֶם קרוּג אוּן איִבּעֶרגעֶלאָזט אַ גאָלדעֶנעֶם.

— אַזעֶלכעֶ גַנָבִים — זאָגט דעֶר קֵיסָר — הַלְוַאי אַלעֶ נאַכט!

¹) בּעֶשעֶפעֶניִשעֶן. ²) קריִכעֶנדיִגעֶ אוּמרײֵנעֶ בּעֶשעֶפעֶניִשעֶן.

↤ 5

— נוּ, אוּן פאַר אָדָם הָרִאשוׂן איִז דעֶן ניִשט בּעֶסעֶר: צוּגעֶנוּמעֶן האָט מעֶן בּײַ איִהם אַ ריִפּ אוּן געֶגיִבּעֶן דעֶרפאַר אַ פרוׂי.

דעֶר עֶרשטעֶר חֵטְא ¹).

אָדָם הָרִאשוׂן איִז זיִך געֶזעֶסעֶן איִן גַן־עֵדֶן אוּן דיִ מַלְאָכִים האָבּעֶן פאַר איִהם פלײֵש געֶבּראָטעֶן אוּן װײַן געֶזײַעֶט. דעֶר שלאַנג האָט צוּגעֶזעֶהן זײַן גרוׂיסקײַט אוּן ס׳האָט זיִך איִן איִהם אָנגעֶציִנדעֶן דיִ קִנְאָה.

„דעֶר שלאַנג איִז געֶװעֶן אַ קליִגיִטשקעֶר” — װעֶן עֶר האָט געֶװאָלט דעֶם מעֶנשעֶן צוּם חֵטְא פוּ „עֵץ־הַדַעַת” בּרײֵנגעֶן, האָט עֶר זיִך אַזוׂי מְיַשֵׁב געֶװעֶן: זאָל איִך אָנהוׂיבּעֶן גלײַך פוּן אָדָם׳ן, װײֵס איִך גוּט אַז עֶר װעֶט מיִך ניִשט העֶרעֶן, אַ מאַנסבּיִל איִז האַרט. בּעֶסעֶר װעֶל איִך זיִך אַ נעֶהם טהוּן פאַר חַוָה׳ן, זיִ װעֶט מיִר געֶװיִס פאָלגעֶן, אַ פרוׂי איִז גריִנג אוׂיף דעֶר דֵעָה ²).

קוּמט עֶר צוּ חַוָה׳ן אוּן נעֶהמט קוׂדֶם גאָט בּעֶרעֶדעֶן. „זעהט איִהר — גיִט עֶר אַ זאָג — אָט פוּן דעֶם בּוׂים האָט „עֶר” אַלײֵן געֶגעֶסעֶן אוּן דיִ װעֶלט בּעֶשאַפעֶן, אוּן דעֶרפאַר טאַקיִ האָט עֶר אײַך שטרעֶנג פעֶרבּאָטעֶן צוּ עֶסעֶן פוּן דעֶם בּוׂים, כְּדֵי איִהר זאָלט ניִשט קעֶנעֶן שאַפעֶן, גלײַך װיִ עֶר, װעֶלטעֶן. יעֶדעֶר מײַסטעֶר װיִל איִן זײַן פאַך זײַן אַ יָחִיד” ³).אוּן נאָך האָט דעֶר שלאַנג געֶזאָגט: יעֶדעֶר: װאָס איִז צוּם לעֶצטעֶן בּעֶשאַפעֶן האָט מֶמְשָלָה אוׂיף דיִ בְּרוּאִים װאָס בּיִז איִהם. דעֶר מעֶנש איִז צוּם סוׂף בּעֶשאַפעֶן געֶװאָרעֶן, עֶר זאָל אוׂיף אַלעֶס געֶװעֶלטיִגעֶן; חאַפּט־אַרײַן גיִך אוּן פעֶרזוּכט פוּנ׳ם עֵץ־הַדַעַת, אײֵדעֶר עֶר װעֶט בּעֶשאַפעֶן נאָך אַנדעֶרעֶ בְּרוּאִים, װאָס װעֶלעֶן איִבּעֶר אײַך געֶװעֶלטיִגעֶן. דעֶרבּײַ נעֶהמט דעֶר שלאַנג אוּן גיִט דעֶם בּוׂים אַ טרעֶסעֶל. — „רָשָע, ריִהר מיִך ניִשט אָן!” — האָט דעֶר בּוׂים מיִט אַ ציִטעֶר אַ געֶשרעֶה געֶטהוּן. — „זעֶהסטוּ — זאָגט דעֶר שלאַנג חַוָה׳ן — אָט האָבּ איִך דעֶם בּוׂים אָנגעֶריִהרט אוּן ניִשט געֶשטאָרבּעֶן. דוּ מעֶגסט איִהם אוׂיך אָנריִהרעֶן, עֶס װעֶט דיִר חָלִילָה גאָר ניִשט שאַדעֶן”. אוּן דאָ האָט עֶר זיִ אַ שטוׂיס געֶטהוּן, אוּן זיִ האָט דעֶם בּוׂים בּעֶריִהרט. דעֶרזעֶהט זיִ פאַר זיִך דעֶם מַלְאָך־הַמָוֶת. „װעֶה איִז מיִר! — שרײַט זיִ פוּן שרעֶק — איִצט װעֶל איִך פוּן דעֶר װעֶלט געֶהן אוּן גאָט װעֶט אָדָם׳ן אַ נײַעֶ פרוׂי בּעֶשאַפעֶן”. האָט זיִ בּאַלד פוּנ׳ם עֵץ־הַדַעַת אַ שטײַנגעֶל טרוׂיבּעֶן געֶחאַפּט, אוׂיסגעֶדריִקט פוּן איִהם פריִשעֶן זאַפט אוּן דעֶרלאַנגט אָדָם׳ן. „נעֶהם טריִנק — זאָגט זיִ צוּ איִהם — מײֵנסט אֶפְשַר, ↰ 6 אַז איִך שטאַרבּ־אַװעֶק אוּן פאַר דיִר איִז שוׂין אָנגעֶגרעֶט אַ אַנדעֶרעֶ חַוָה ? ניִשטאָ קײַן נײַעֶ בּעֶשעֶפעֶניִש אוּנטעֶר דעֶר זיִן!” ציִ מײֵנסטוּ גאָר, אַז איִך װעֶל שטאַרבּעֶן אוּן דוּ װעֶסט זיִך לעֶבּעֶן אַלײֵן װיִ אַ פרײַעֶר פוׂיגעֶל — „ניִשט אוׂיף װיִסט זײַן האָט גאָט דיִ װעֶלט בּעֶשאַפעֶן, זיִ זאָל בּעֶזעֶצט װעֶרעֶן האָט עֶר זיִ געֶמאַכט”. אַזוׂי לאַנג איִז זיִ צוּ איִהם צוּ־געֶשטאַנעֶן, מיִט גוּטעֶן אוּן מיִט בּײֵזעֶן — בּיִז עֶר האָט אוׂיך געֶמוּזט נעֶהמעֶן עֶסעֶן פוּן עֵץ־הַדַעַת.

¹) זיִנד. ²) לײַכטזיִניִג, לאָזט זיִך גריִנג איִבּעֶררעֶדעֶן. ³) אײֵנעֶר.

דעֶר פעֶניִקס ¹).

חַוָה האָט געֶגעֶבּעֶן עֶסעֶן פוּן דעֶם בּוׂים אוׂיך אַלעֶ בְּהֵמוׂת חַיוׂת אוּן עוׂפוׂת. אַלעֶ האָבּעֶן זיִ געֶפאָלגט אוׂיסעֶר אײֵן פוׂיגעֶל פעֶניִקס. דעֶרפאַר האָט אוׂיף איִהם קײַן שְלִיטָה ניִשט דעֶר טוׂיט. טוׂיזעֶנד יאָהר לעֶבּט עֶר, אוּן נאָך טוׂיזעֶנד יאָהר געֶהט־אַרוׂיס פוּן זײַן אײֵגעֶנעֶם נעֶסט אַ פײַעֶר אוּן פעֶרבּרעֶנט איִהם. בּלײַבּט פוּן איִהם איִבּעֶר נוּר װיִ אַן אײֵ דיִ גרוׂיס. פוּן דעֶם װאַקסעֶן־אַרוׂיס צוּריִק זײַנעֶ אֵבְרִים אוּן עֶר לעֶבּט װיִדעֶר.

דיִ נײַגיִעריִגעֶ פרוׂי.

רַבִּי שִמְעוׂן בֶּן יוׂחַאי דעֶרצעֶהלט װעֶגעֶן חַוָה׳ן מיִט׳ן עֶץ־הַדַעַת אַזאַ מָשָׁל:

אײֵנעֶר האָט געֶהאַט אַ פרוׂי. אײֵנמאָל האָט עֶר געֶבּראַכט אַהײֵם אַ פעֶסיִל מיִט אוׂיסגעֶצעֶהלטעֶ פײַגעֶן אוּן ניִס. חאַפּט עֶר אַ עֶקדיִש, לאָזט אַרײַן איִנ׳ם פעֶסיִל פוּן אוׂיבּעֶן נעֶבּעֶן לאָך, פעֶרשפּיִנטעֶװעֶט עֶס, שטעֶלט עֶס אַװעֶק איִן אַ װיִנקעֶל, אוּן פעֶרזאָגט דעֶרבּײַ דעֶם װײַבּ: „העֶרסטוּ, טאָכטעֶר, אַלעֶס װאָס איִן שטוּבּ איִז איִן דײַן האַנד, צוּ דעֶם פעֶסיִל אָבּעֶר איִן װיִנקעֶלעֶ זאָלסטוּ זיִך ניִשט דעֶרװאַגעֶן אַפִילוּ צוּ־ריִהרעֶן”. װיִ דעֶר מאַן איִז נוּר אַװעֶק איִן גאַס חאַפּט זיִ בּאַלד אוּן עֶפעֶנט דאָס פעֶסיִל, שטעֶקט אַהיִן אַרײַן דיִ האַנד — אוּן בּעֶקוּמט אַ שאַרפעֶן בּיִס פוּנ׳ם עֶקדיִש. געֶקוּמעֶן דעֶר מאַן פוּן גאַס, טרעֶפט עֶר זיִ ליִגעֶן איִן בּעֶט איִן אײֵן קרעֶכצעֶן.

— װאָס איִז דיִר אַזוׂינס, טאָכטעֶר מײַנעֶ? — גיִט עֶר זיִ אַ פרעֶג.

— אוׂי איִך שטאַרבּ אַװעֶק! — זאָגט זיִ — איִך האָבּ אַרײַנגעֶשטעֶקט דיִ האַנד איִן פעֶסיִל האָט מיִך אַ עֶקדיִש אַ בּיִס געֶטהוּן.

¹) אַ לעֶגעֶנדאַרעֶר פוׂיגעֶל.

↤ 7

— איִך האָבּ דאָך דיִר פריִהעֶר געֶװאָרעֶנט — זאָגט עֶר איִהר — אַלצדיִנג, נאָר צוּ דעֶם פעֶסיִל זאָלסטוּ זיִך ניִשט צוּריִהרעֶן.

נאָכ׳ן חֵטְא.

נאָכ׳ן עֶסעֶן פוּנ׳ם עֶץ־הַדַעַת האָבּעֶן אָדָם אוּן חַוָה דעֶרהעֶרט „גאָט׳ס קוׂל טראָגט זיִך איִבּעֶר׳ן גאָרטעֶן”. זײֵ האָבּעֶן דעֶרהעֶרט װיִ דיִ בּײֵמעֶר שוּשקעֶן זיִך: „אָט איִז עֶר, דעֶר עֶר, אָט געֶהט עֶר, דעֶר אָפּנאַרעֶר, דעֶם בּעֶשעֶפעֶר זײַנעֶם האָט עֶר אָפּגעֶנאַרט!” און װיִ דיִ מַלְאָכִים שמוּעֶסעֶן זיִך איִבּעֶר: „אַ פעֶרפאַלעֶנעֶר! דאָ איִן גאָרטעֶן װעֶט עֶר שוׂין ניִשט בּלײַבּעֶן, עֶר איִז שוׂין װיִ טוׂיט”...

אָנגעֶװאוׂירעֶן אַ טרײַעֶן דיִענעֶר.

„פעֶרשאָלטעֶן זאָלסטוּ װעֶרעֶן” — האָט גאָט געֶזאָגט דעֶם שלאַנג. רַבִּי שִמְעוׂן בֶּן מְנַסְיָא האָט אוׂיף דעֶם געֶזאָגט: אַן עֲבֵירָה! אַ גרוׂיסעֶן בּעֶדיִענעֶר האָט דיִ װעֶלט פעֶרלוׂירעֶן. װאָלט דעֶר שלאַנג ניִשט פעֶרשאָלטעֶן געֶװאָרעֶן, װאָלט זיִך יעֶדעֶר אײֵנציִגעֶר פעֶרזאָרגט מיִט אַ פּאָריִל גיִטעֶ שלעֶנג, אײֵנעֶם װאָלט עֶר געֶשיִקט קײַן צָפוׂן־זײַט, אײֵנעֶם קײַן דָרוׂם, צוּ בּעֶקוּמעֶן פאַר איִהם איִן יעֶנעֶ װײַטעֶ מְקוׂמוׂת בּריִליִאַנטעֶן אוּן דיִמעֶנטעֶן אוּן אַלעֶרלײֵ עֶדעֶלשטײֵנעֶר. נאָך מעֶהר: מעֶ װאָלט דעֶם שלאַנג אײַנגעֶשפּאַנט איִן דעֶר אַרבּײַט, אוּן געֶפיִהרט מיִט איִהם יעֶדעֶר װאָס עֶר בּעֶדאַרף: דעֶן — עֶרד פאַר׳ן גאָרטעֶן, דעֶר — לעֶהם פאַר זײַן אײַנגעֶפאַלעֶן הײַזיִל.

דעֶר עֶרשטעֶר זוּן־אוּנטעֶרגאַנג.

װעֶן אָדָם האָט דעֶרזעֶהן דאָס עֶרשטעֶ מאָל װיִ דיִ זוּן געֶהט־אוּנטעֶר, איִז אוׂיף איִהם אַ שרעֶק אָנגעֶפאַלעֶן.

— װעֶה איִז מיִר — האָט עֶר געֶזאָגט — ס׳װעֶרט פיִנסטעֶר, דיִ װעֶלט געֶהט־אוּנטעֶר. אָט דאָס קוּמט אוׂיף מיִר דעֶר טוׂיט װאָס איִז אוׂיף מיִר בּעֶשטיִמט פאַר מײַן חֵטְא.

אַז ס׳האָט װיִדעֶר אָנגעֶהוׂיבּעֶן שײַנעֶן אוׂיף טאָג, האָט עֶר זיִך בּעֶרוּהיִגט אוּן געֶזאָגט: אַזוׂי, װײַזט אוׂיס, פיִהרט זיִך דיִ װעֶלט, טאָג מיִט נאַכט בּײַטעֶן זיִך.

אוּן עֶר איִז אוׂיפגעֶשטאַנעֶן, געֶנוּמעֶן אַ אָקס אוּן געֶבּראַכט אַ קָרְבַּן.

↤ 8

דאָס עֶרשטעֶ פײַעֶר.

דאָס פײַעֶר האָט געֶזאָלט בּעֶשאַפעֶן װעֶרעֶן נאָך עֶרֶב־שַׁבָּת, אַרוׂיסגעֶקוּמעֶן אָבּעֶר אוׂיף דעֶר װעֶלט איִז עֶס עֶרשט מוׂצָאֵי־שַׁבָּת. גאָט האָט דעֶמאָלט אָדָם׳ן אַרײַנגעֶגעֶבּעֶן אַ העֶכעֶרעֶן געֶדאַנק, האָט עֶר געֶבּראַכט צװײֵ שטײֵנעֶר, געֶריִבּעֶן זײֵ אַזוׂי לאַנג אײֵנעֶם איִנ׳ם צװײֵטעֶן בּיִז ס׳איִז פוּן זײֵ אַ פײַעֶר אַרוׂיס. דעֶרזעֶהן דאָס, האָט עֶר געֶדעֶנקט גאָט אוּן געֶמאַכט דיִ בְּרָכָה: בּוׂרֵא מְאוּרֵי־הָאֵשׁ” ¹).

דיִ קוּרצעֶ טעֶג.

װעֶן אָדָם הָרִאשׁוׂן האָט בּעֶמעֶרקט, אַז דיִ טעֶג װעֶרעֶן װאָס װײַטעֶר אַלץ קוּרצעֶר, איִז אוׂיף איִהם װיִדעֶר, װיִ בּײַ דעֶם עֶרשטעֶן זוּן־אוּנטעֶרגאַנג, אַ טוׂיט־שרעֶק בּעֶפאַלעֶן. „װעֶה איִז מיִר — האָט עֶר אוׂיסגעֶשריִעֶן — עֶס רוּקט זיִך אָן אוׂיף דעֶר װעֶלט אַ פיִנסטעֶרניִש, דיִ װעֶלט האַלט איִן אוּנטעֶרגעֶהן! אָט דאָס איִז עֶר דעֶר טוׂיט, װאָס איִז אוׂיף מיִר בּעֶשטיִמט געֶװאָרעֶן פאַר מײַן חֵטְא!” אַכט טאָג דוּרכאַנאַנד האָט עֶר פעֶרבּראַכט איִן פאַסטעֶן אוּן גאָט בּעֶטעֶן.

נאָך תְּקוּפַת-טֵבַת ²) האָט עֶר אָבּעֶר װיִדעֶר בּעֶמעֶרקט װיִ דיִ טעֶג װעֶרעֶן צוּריִק װאָס װײַטעֶר אַלץ לעֶנגעֶר. „עֶס זעֶהט אוׂיס — האָט עֶר געֶזאָגט בּעֶרוּהיִגט — אַז דיִ װעֶלט פיִהרט זיִך אַזוׂי, לאַנגעֶ טעֶג מיִט קוּרצעֶ בּײַטעֶן זיִך.

פאַר פרײֵד האָט עֶר געֶמאַכט אַכט טאָג יוׂם־טוׂב.

¹) געֶלוׂיבּט איִז דעֶר שעֶפעֶר פוּן פײַעֶר־ליִכט. ²) איִן מיִטעֶן װיִנטעֶר, װעֶן דיִ טעֶג הוׂיבּעֶן־אָן לעֶנגעֶר װעֶרעֶן.

קַיִן אוּן הֶבֶל.

קַיִן האָט אײֵנמאָל געֶזאָגט צוּ זײַן בּרוּדעֶר הֶבֶל: קוּם לאָמיִר זיִך צוּטהײֵלעֶן מיִט דעֶר װעֶלט. — „גוּט — עֶנטפעֶרט דעֶר בּרוּדעֶר — איִך בּיִן גרײֵט”. נעֶהמט הֶבֶל זיִך דיִ שאָף אוּן קַיִן דיִ עֶרד. אוּן אָפּגעֶמאַכט האָבּעֶן זײֵ צװיִשעֶן זיִך, אַז אײֵנעֶר מיִט׳ן צװײֵטעֶן קעֶהר זיִך מעֶהר גאָר ניִשט אָן.

געֶהט־אַרוׂיס הֶבֶל פּאַשעֶן דיִ שאָף זײַנעֶ, קוּמט קַיִן אוּן זאָגט מיִט אַ בּײֵזעֶר: „העֶר נוּר, בּרוּדעֶר, דיִ עֶרד, אוׂיף װעֶלכעֶר דוּ שטעֶהסט, געֶהעֶר צוּ מיִר”. זאָגט איִהם הבל: „אוּן דיִ װאָל, װאָס דוּ טראָגסט אוׂיפ׳ן לײַבּ, איִז מײַנעֶ”. דעֶר שרײַט: „פליִה איִן לוּפטעֶן!” אוּן דעֶר: „טהוּ זיִך אוׂיס!” אַ װאָרט פאַר אַ װאָרט — אוּן קין איִז אָנגעֶפאַלעֶן אוׂיף הבל׳ן.

אַנטלוׂיפט הבל. לוׂיפט איִהם קין נאָך איִבּעֶר בּעֶרג אוּן טהאָל — בּיִז ↰ 9 עֶר האָט איִהם דעֶריאָגט. פלעֶכטעֶן זײֵ זיִך איִן אײֵנעֶר איִן צװײֵטעֶן — אוּן קין בּלײַבּט ליִגעֶן אוּנטעֶר הבל׳ן. הײֵבּט זיִך קין אָן צוּ בּעֶטעֶן: „הבל בּרוּדעֶר, לאָז אָפּ! אוׂיף דעֶר װעֶלט זעֶנעֶן נוּר מיִר איִן צװײֵעֶן, װאָס־זשעֶ װעֶסטוּ דעֶרנאָך דעֶם טאַטעֶן זאָגעֶן?”... בּעֶקוּמט הבל אוׂיף איִהם רַחְמָנוּת אוּן לאָזט איִהם אָפּ. נעֶהמט קין אוּן בּעֶפאַלט איִהם אוּנטעֶן־אַרוּם אוּן הַרְג׳עֶט איִהם. װיִ אַזוׂי־זשעֶ? ניִשט צוּ װיִסעֶן פוּן װאַנעֶן דיִ נְשָמָה געֶהט אַרוׂיס, האָט עֶר געֶחאַפּט אַ שטײֵן אוּן מיִט איִהם הבל׳ן צוּקײַלט אוּן צוּבּײַלט דיִ העֶנד מיִט דיִ פיִס, בּיִז עֶר האָט איִהם געֶטראָפעֶן איִן האַלז — אוּן דעֶר׳הַרְג׳עֶט.

דעֶרזעֶהן אַז עֶר האָט דעֶם בּרוּדעֶר דעֶר׳הַרְג׳עֶט האָט קין געֶטראַכט: אַנטלוׂיפעֶן דאַרף איִך איִצט פוּן מײַן פאָטעֶר אוּן מוּטעֶר, װײַל זײֵ װעֶלעֶן איִהם ניִט פוּן קײֵנעֶם נאָר פוּן מיִר פאָדעֶרעֶן; אוׂיסעֶר אוּנז בּײֵדעֶ איִז דאָך קײַן אַנדעֶרעֶר אוׂיף דעֶר װעֶלט ניִשטאָ. האָט זיִך גאָט בָּרוּך־הוּא צוּ איִהם בּעֶװיִזעֶן אוּן געֶזאָגט: „רָשָע, פוּן דיִ עֶלטעֶרן דײַנעֶ קעֶנסטוּ אַנטלוׂיפעֶן, פוּן מיִר אָבּעֶר װעֶסטוּ ניִשט קעֶנעֶן. „װעֶט זיִך דעֶן אַ מעֶנש בּעֶהאַלטעֶן איִן אַ פעֶרבּאָרגעֶן אָרט איִך זאָל איִהם ניִשט זעֶהן? — װאוּ איִז הבל דײַן בּרוּדעֶר?”

— „בּיִן איִך דעֶן אַ היִטעֶר פוּן מײַן בּרוּדעֶר?” — דוּ בּיִסט דעֶר היִטעֶר פוּן אַלעֶ בּעֶשעֶפעֶניִשעֶן אוּן איִצט פאָדעֶרסטוּ איִהם פוּן מײַן האַנד? עֶס קוּמט־אוׂיס װיִ יעֶנעֶר גַנָב, װאָס האָט געֶ׳גַנְב׳עֶט זאַכעֶן בּײַ נאַכט אוּן מ׳האָט איִהם ניִשט געֶחאַפּט. אוׂיף מאָרגעֶן פריִה חאַפּט איִהם דעֶר טוׂיעֶר־היִטעֶר אוּן פרעֶגט איִהם: „זאָג נוּר, װאָס האָסטוּ נעֶכטעֶן בּײַ־נאַכט זאַכעֶן געֶ׳גנב׳עֶט?” עֶנטפעֶרט עֶר איִהם: „מֵילָא איִך בּיִן מיִר אַ גַנָב, האָבּ איִך זיִך מײַן אַרבּײַט געֶטהוּן, דוּ אָבּעֶר דאַרפסט דאָך שטעֶהן אוּן היִטעֶן בּײַם טוׂיעֶר, — װאָס־זשעֶ האָסטוּ ניִשט געֶטהוּן דײַן אַרבּײַט אוּן ניִשט געֶהיִט?” אַזוׂי האָט אוׂיך קין געֶזאָגט: „מֵילָא איִך האָבּ איִהם געֶ׳הַרְג׳עֶט, דוּ האָסט דאָך איִן מיִר אַ יֵצֶר־הָרָע בּעֶשאַפעֶן. אָבּעֶר דוּ, װאָס בּיִסט דעֶר שוׂמר פוּן אַלעֶס, װיִ קוּמט עֶס װאָס דוּ האָסט מיִר דעֶרלאָזט איִהם הַרְג׳עֶנעֶן? ניִט איִך, נאָר דוּ האָסט איִהם אוּמגעֶבּראַכט; װעֶן דוּ װאָלסט צוּ־געֶנוּמעֶן מײַן קָרְבַּן װיִ זײַנעֶם, װאָלט איִך צוּ קײַן קִנְאָה ניִשט געֶקוּמעֶן”.

— רָשָע — האָט איִהם גאָט געֶזאָגט — „דאָס קוׂל פוּן דײַן בּרוּדעֵר׳ס בּלוּט שרײַט צוּ מיִר פוּן דעֶר עֶרד”.

עֶס קוּמט אוׂיס װיִ אײֵנעֶר איִז אַרײַנגעֶגאַנגעֶן איִן אַ פרעֶמדעֶן גאָרטעֶן אוּן געֶקלוׂיבּעֶן עֶרד־בּעֶעֶרעֶן אוּן געֶגעֶסעֶן. לוׂיפט איִהם נאָך דעֶר אײֵגעֶנטהיִמעֶר פוּנ׳ם גאָרטעֶן אוּן שרײַעט: „װאָס האָסטוּ דאָרט איִן דעֶר האַנד?” — ↰ 10 עֶנטפעֶרט יעֶנעֶר: „גאָר ניִשט!” זאָגט דעֶר איִהם: „װאָס־זשעֶ זעֶנעֶן דיִ העֶנד דײַנעֶ אַזוׂי פעֶרשמיִרט?”... אָדעֶר װיִ אײֵנעֶר װאָס געֶהט־אַרײַן איִן אַ פרעֶמדעֶ סטאַדעֶ אוּן חאַפּט פוּן דאָרט אַ שעֶפעֶלעֶ אוּן פעֶרװאַרפט עֶס אוׂיף זיִך אוּנטעֶר דיִ פּלײֵצעֶם. דעֶרזעֶהט דעֶר בַּעַל־הַבַּיִת אוּן לוׂיפט איִהם נאָך אוּן שרײַעט: װאָס האַלסטוּ דאָרט?” „גאָר ניִשט” — עֶנטפעֶרט עֶר. זאָגט איִהם יעֶנעֶר: „װאָס־זשעֶ מעֶקעֶט דאָרט אַזוׂינס אוּנטעֶר דיִר?”

זאָגט קַיִן:

— האַר פוּן דעֶר װעֶלט, אוׂיף מײַן לעֶבּעֶן האָבּ איִך קײַן געֶ׳הַרְג׳עֶטעֶן איִן דיִ אוׂיגעֶן ניִשט געֶזעֶהן. האָבּ איִך געֶקעֶנט װיִסעֶן, אַז פוּן אַ קלאַפּּ מיִט אַ שטײֵן װעֶט עֶר אַװעֶקשטאַרבּעֶן? אוּן נאָך אַ זאַך: מײַן פאָטעֶר אוּן מוּטעֶר דאָ אוׂיף דעֶר עֶרד װײֵסעֶן דעֶרפוּן ניִשט, אוּן דוּ דאָרט אוׂיפ׳ן היִמעֶל װיִ קוּמסטוּ צוּ װיִסעֶן?

— נאַר אײֵנעֶר — האָט איִהם גאָט אַ זאָג געֶטהוּן — דיִ גאַנצעֶ װעֶלט טראָג איִך אוׂיף זיִך...

— דיִ גאַנצעֶ װעֶלט — האָט קַיִן אוׂיסגעֶשריִגעֶן — טראָגסטוּ, נוּר מײַן זיִנד קעֶנסטוּ ניִשט פעֶרטראָגעֶן! יאָ, „צוּ גרוׂיס, ניִשט צוּ פעֶרטראָגעֶן, איִז מײַן זיִנד”.

„האָט גאָט געֶמאַכט קַיִנ׳עֶן אַ צעֶכעֶן” אוׂיף דעֶם שטעֶרעֶן אוּן איִהם פעֶרשיִקט, עֶר זאָל אוׂיף דעֶר װעֶלט אַרוּמװאַנדעֶרעֶן.

װאָהיִן קין איִז געֶקוּמעֶן האָט דיִ עֶרד אוּנטעֶר איִהם געֶציִטעֶרט. אַלעֶ חַיוׂת אוּן בְּהֵמוׂת האָבּעֶן דעֶרשראָקעֶנעֶ געֶפרעֶגט: װאָס איִז דאָס אַזוׂינס? װעֶר איִז אָט דעֶר?”

— דאָס איִז דעֶר קין — האָט אײֵנעֶ דעֶר צװײֵטעֶר געֶזאָגט — דעֶר מעֶרדעֶר פוּן זײַן אײֵגעֶנעֶם בּרוּדעֶר, װאָס גאָט האָט איִהם אָנגעֶצײֵכעֶנט: „נָע־וְנָד זאָלסטוּ זײַן”. קוּמט מיִר װעֶלעֶן איִהם אוׂיפעֶסעֶן — אוּן האָבּעֶן זיִך צוּ איִהם געֶלאָזט לוׂיפעֶן...

איִן דעֶר צײַט האָבּעֶן קַיִן׳ס אוׂיגעֶן געֶגאָסעֶן טרעֶהרעֶן:

װאוּהיִן, אָ גאָט, קעֶן איִך פאַר דײַן געֶמיִטה אַנטלוׂיפעֶן,

אוּן װאוּ בּעֶהאַלט מעֶן זיִך פאַר דײַן געֶזיִכט?

הוׂיבּ איִך זיִך צוּם היִמעֶל אוׂיף — דוּ בּיִסט דאָרט,

אוּן לאָז איִך זיִך צוּם גרוּנד אַראָפּ — דאָ בּיִסטוּ!

אוּן הבל איִז געֶבּליִבּעֶן ליִגעֶן אוׂיף דעֶם אָרט, װאוּ קין האָט איִהם געֶ׳הרג׳עֶט, אוּן זײַן בּלוּט איִז געֶװעֶן פעֶרשפּריִצט אוׂיף דיִ בּײֵמעֶר אוּן שטײֵנעֶר ↰ 11 אַרוּם איִן אַרוּם. אוּן דעֶר הוּנד, װאָס האָט זײַן שאָף געֶהיִט, איִז געֶשטאַנעֶן אוׂיף דעֶר װאַך, חַיוׂת זאָלעֶן איִהם ניִט פרעֶסעֶן אוּן פוׂיגעֶל זאָלעֶן איִהם ניִט פּיִקעֶן. אוּן אָדָם מיִט חַוָה׳ן זעֶנעֶן געֶזעֶסעֶן נעֶבּעֶן איִהם, האָבּעֶן בּעֶװײֵנט אוּן בּעֶקלאָגט זײֵעֶר קיִנד אוּן ניִט געֶװאוּסט, װאָס צוּ טהוּן מיִט זײַן טוׂיטעֶן קעֶרפּעֶר.

קוּמט צוּפליִהעֶן אַ ראָבּ אוּן בּרעֶנגט צוּ טראָגעֶן נאָך אַ ראָבּ אַ טוׂיטעֶן, לאָזט זיִך מיִט איִהם אַראָפּ אוׂיף דעֶר עֶרד, צוּשאַרט דיִ זאַמד, בּיִז עֶס װעֶרט אַ טיִעף גריִבּעֶל, — בּעֶהאַלט דאָרט זײַן טוׂיטעֶן חַבֶר אוּן פעֶרשיִט איִהם מיִט עֶרד.

דעֶרזעֶהן דאָס, האָבּעֶן אדם מיִט חוה׳ן אוׂיסגעֶגראָבּעֶן אַ קֵבֶר אוּן הבל׳ן דאָרט מְקַבֵּר געֶװעֶן.

לֶמֶךְ.

לֶמֶך איִז געֶװעֶן.קַיִן׳ס אוּר־אוּר־אײֵניִקעֶל, דעֶר זיִבּעֶטעֶר דוׂר. עֶר איִז געֶװעֶן בּליִנד אוׂיף בּײֵדעֶ אוׂיגעֶן, אוּן זײַן קלײֵנעֶר זוּהן תּוּבַל־קַיִן האָט איִהם געֶפיִהרט. בּליִנדעֶרהײֵד איִז עֶר געֶװעֶן אַ קיִנציִגעֶר שיִסעֶר: װיִ דאָס קיִנד האָט דעֶרזעֶהן פוּן װײַטעֶן אַ חַיָה אוּן געֶזאָגט דעֶם אַלטעֶן אוׂיף װעֶלכעֶן אָרט, פלעֶגט עֶר בּאַלד אָנציִהעֶן דעֶם בּוׂיגעֶן, ציִלעֶן זיִך צוּ יעֶנעֶם אָרט אוּן טרעֶפעֶן פּוּנקט איִן ציִעל.

אײֵנמאָל דעֶרזעֶהט דעֶר קלײֵנעֶר תּוּבַל־קַיִן עֶפּיִס אַ בּעֶשעֶפעֶניִש פוּן װײַטעֶן, זאָגט עֶר דעֶרפוּן למך׳ן. שיִסט דעֶר אוׂיס אוּן דיִ פײַל טרעֶפט איִן ציִעל.

אַז זײֵ זעֶנעֶן צוּגעֶגאַנגעֶן נעֶהעֶנטעֶר צוּ יעֶנעֶם אָרט, שרײַט דאָס קיִנד אוׂיס:

— אוׂי! ס׳איִז גאָר דעֶרשאָסעֶן אַ מעֶנש מיִט אַ צײֵכעֶן אוׂיפ׳ן שטעֶרעֶן. האָט למך אַ פּאַטש געֶטהוּן מיִט בּײֵדעֶ העֶנד אוּן אוׂיסגעֶשריִעֶן: „אוׂי װעֶה, ס׳איִז אַוַדְאִי דעֶר זײֵדעֶ קַיִן!” ניִט זעֶהעֶנדיִג האָט עֶר מיִט׳ן פּאַטש געֶטראָפעֶן תּוּבל־קין איִן קאָפּּ אוּן אוּמגעֶרעֶן איִהם אוׂיך געֶ׳הַרְג׳עֶט.

דיִ געֶפאַלעֶנעֶ מַלְאָכִים אוּן דיִ ריִעזעֶן.

אַז דיִ װעֶלט איִז געֶװאָרעֶן זעֶהר זיִנדיִג, איִז גאָט געֶזעֶסעֶן טרוׂיעֶריִג אוׂיף זײַן שטוּל אוּן זיִך בּעֶראָטעֶן מיִט דיִ מַלְאָכִים, װיִ אַזוׂי צוּ בּעֶשטראָפעֶן דיִ זיִנדיִגעֶ מעֶנשעֶן.

↤ 12

שטעֶהעֶן־אוׂיף צװײֵ מַלְאָכִים, שַמְחֲזָאי אוּן עֲזָאֵל, אוּן זאָגעֶן:

— רִבּוׂנוׂ־שֶל־עוׂלָם! אַז דוּ האָסט נוּר פעֶרטראַכט צוּ בּעֶשאַפעֶן דעֶם מעֶנשעֶן, האָבּעֶן מיִר דיִר נאָך דעֶמאָלט געֶזאָגט, אַז ס׳איִז ניִשט כְּדַאי ¹) — איִצט נעֶהם איִן פעֶרטיִליִג אַלעֶ מעֶנשעֶן, עֶס זאָל פוּן זײֵ קײֵן זֵכֶר ניִט בּלײַבּעֶן.

— אוּן װאָס װעֶט זײַן מיִט דעֶר װעֶלט?

— געֶנוּג פאַר דיִר דיִ הײֵליִגעֶ מַלְאָכִים איִן היִמעֶל.

— װעֶן איִהר, מַלְאָכִים, װאוׂינט אוׂיף דעֶר עֶרד, װאָלט איִהר אוׂיך ניִט געֶקעֶנט דעֶם יֵצֶר־הָרָע בּײַשטעֶהן, אוּן נאָך אֶפְשַר געֶװעֶן זיִנדיִגעֶר פוּן מעֶנשעֶן.

— פּרוּב אוּנז, — װעֶסטוּ זעֶהן.

האָט גאָט דיִ בּײֵדעֶ אראָפּגעֶװאָרפעֶן אוׂיף דעֶר עֶרד, אוּן זײֵ האָבּעֶן אָנגעֶהוׂיבּעֶן צוּ זיִנדיִגעֶן.

אײֵנמאָל דעֶרזעֶהט שַמְחֲזָאִי דיִ שעֶהנעֶ יוּנג־פרוׂי אַסְטְרַה, איִז עֶר בּאַלד צוּ איִהר צוּגעֶקאָכט געֶװאָרעֶן אוּן הוׂיבּט זיִ אָן אײַנרעֶדעֶן, זיִ זאָל זיִנדיִגעֶן.

זאָגט זיִ איִהם: איִך װעֶל דיִר ניִט פאָלגעֶן, סײַדעֶן דוּ זאָלסט מיִר פריִהעֶר אוׂיסלעֶרנעֶן דעֶם שֵׁם הַמְפוׂרָש ²), מיִט װעֶלכעֶן דוּ הײֵבּסט זיִך אוׂיף איִן היִמעֶל.

װיִ עֶר האָט איִהר אוׂיסגעֶזאָגט דעֶם סוׂד, האָט זיִ געֶזאָגט דעֶם שפּרו אוּן אַ רײֵנעֶ אַרוׂיף אוׂיפ׳ן היִמעֶל.

דעֶרפאַר האָט זיִ גאָט אַרײַנגעֶזעֶצט איִן מַזָל כִּימָה ³) אוּן זיִ פעֶרװאַנדעֶלט איִן אַ ליִכטיִגעֶן שטעֶרעֶן.

דיִ צװײֵ מַלְאָכִים האָבּעֶן נאָכדעֶם חתוּנה געֶהאַט מיִט מעֶנשעֶן־טעֶכטעֶר, אוּן דיִ פרוׂיעֶן האָבּעֶן געֶבּוׂירעֶן קיִנדעֶר־ריִעֶזעֶן. יעֶדעֶר ריִעֶז פלעֶגט אוׂיפעֶסעֶן פאַר אַמאָל טוׂיזעֶנד אָקסעֶן מיִט טוׂיזעֶנד פעֶרד אוּן טוׂיזעֶנד קעֶמלעֶן.

שַמְחֲזָאי האָט געֶהאַט צװײֵ אזעֶלכעֶ ריִעֶזעֶן־קיִנדעֶר, אײֵנעֶר האָט געֶהײֵסעֶן היִװאַ, דעֶר אַנדעֶרעֶר — הִייָא.

¹) װעֶרט. ²) „גאָטס נאָמעֶן”, אַז מעֶן רעֶדט איִהם אוׂיס װיִ געֶהעֶריִג, קעֶן מעֶן טהוּן דיִ גרעֶסטעֶ װאוּנדעֶר. דעֶר נאָמעֶן איִז אַ נרוׂיסעֶר סוׂד, װאָס נוּר מלאכים אוּן גרוׂיסעֶ צדיקים װײֵסעֶן עֶס. ³) אַזאַ שטעֶרעֶן־בּיִלד, אַ גרוּפּעֶ שטעֶרעֶן.

אײֵנמאָל בּײַנאַכט חָלוׂמ׳ט זיִך זײֵ בּײֵדעֶן: היִװאַ זעֶהט איִן טרוׂים אַ ↰ 13 שטײֵן, דוּרכאוׂיס פעֶרשריִבּעֶן מיִט שוּרוׂת אוׂיסגעֶקריִצטעֶ אוׂתיִוׂת. קוּמט אַ מַלְאָך מיִט אַ מעֶסעֶר אוּן קראַצט־אָפּ אַלעֶ שוּרוׂת אוּן לאָזט־איִבּעֶר נוּר פיִעֶר װעֶרטעֶר. אוּן הִייָא האָט געֶזעֶהן איִן חָלוׂם אַ גאָרטעֶן בּעֶפלאַנצט מיִט אַלעֶרלײֵ בּוׂימעֶר, קוּמעֶן מַלְאָכִים מיִט העֶק איִן האַקעֶן־אוׂיס דעֶם גאַנצעֶן גאָרטעֶן, נאָר פיִעֶר בּוׂימעֶר האָבּעֶן זײֵ איִבּעֶרגעֶלאָזעֶן.

אוׂיף מאָרגעֶן פריִה קוּמעֶן זײֵ צוּ׳ם פאָטעֶר אוּן דעֶרצעֶהלעֶן דיִ חֲלוׂמוׂת. זאָגט עֶר זײֵ, װאָס דיִ חֲלוׂמוׂת בּעֶדײֵטעֶן:

— אַ מַבּוּל װעֶט קוּמעֶן אוּן אַלעֶ מעֶנשעֶן אוּמבּרעֶנגעֶן. עֶס װעֶט בּלײַבּעֶן לעֶבּעֶן ניִט מעֶהר װיִ נׂחַ מיִט זײַנעֶ דרײַ זיִהן.

הוׂיבּעֶן זײֵ אָן צוּ קלאָגעֶן: אוׂי װעֵה, אוּנזעֶרעֶ נעֶמעֶן װעֶלעֶן אוׂיך אוׂיסגעֶמעֶקט װעֶרעֶן פוּן דעֶר װעֶלט.

טרײֵסט זײֵ שַמְחֲזָאִי:

— האָט קײַן יִסוּרִים ניִשט, אײַעֶרעֶ נעֶמעֶן װעֶלעֶן אײֵבּיִג בּלײַבּעֶן. איִן אַלעֶ צײַטעֶן װעֶן דעֶר מעֶנש װעֵט פיִעל כּוׂחַ אַנװעֶנדעֶן, דיִקעֶ קלעֶצעֶר האַקעֶן, שװעֶרעֶ שטײֵנעֶר הײֵבּעֶן, אָנגעֶלאָדעֶנעֶ פלאָטעֶן שלעֶפּעֶן — װעֶט עֶר איִן אַלץ דעֶרמאָהנעֶן אוּן שרײַעֶן היִװאַ! הִיָיא!

נׂחַ אוּן דעֶר מַבּוּל.

הוּנדעֶרט אוּן צװאַנציִג יאָהר האָט גאָט געֶװאָרעֶנט דעֶם דור הַמַבּוּל זײֵ זאָלעֶן תְּשוּבָה טהוּן, אוּן זײֵ האָבּעֶן ניִט געֶװאָלט העֶרעֶן, האָט עֶר געֶהײֵסעֶן נׂחַ׳ן עֶר זאָל זיִך אָנהוׂבּעֶן בּוׂיעֶן אַ קאַסטעֶן.

האָט נח געֶנוּמעֶן פלאַנצעֶן טעֶנעֶן־בּײֵמעֶר, קוּמעֶן מעֶנשעֶן צוּ איִהם אוּן פרעֶגעֶן: װאָס טהוּסטוּ? — עֶנטפעֶרט עֶר זײֵ: אַ מַבּוּל װעֶט קוּמעֶן אוּן אײַך פעֶרפלײֵצעֶן, — אוּן איִך װעֶל מיִר פוּן דיִ בּײֵמעֶר אוׂיסבּוׂיעֶן אַ קאַסטעֶן אוּן געֶרעֶטעֶט װעֶרעֶן. לאַכעֶן זײֵ אוּן שפּעֶטעֶן פוּן איִהם. שפּעֶטעֶר זעֶהעֶן זײֵ, װיִ עֶר בּעֶגיִסט דיִ בּוׂימעֶר אוּן פרעֶגעֶן װײַטעֶר: צוּ װאָס? — עֶנטפעֶרט עֶר דיִ װיִ פריִהעֶר. שפּעֶטעֶן זײֵ װיִדעֶר פוּן איִהם. איִן אַ צײַט אַרוּם זעֶהעֶן זײֵ, װיִ עֶר האַקט־אוׂיס דיִ בּײֵמעֶר אוּן אַרבּײֵט זײֵ אַרוּם. פרעֶגעֶן זײֵ װײַטעֶר: צוּ װאָס דאַרפסטוּ עֶס? עֶנטפעֶרט עֶר זײֵ אַלץ דאָס אײֵגעֶנעֶ, אוּן זײֵ גלוׂיבּעֶן אַלץ ניִט.

אוּן אַז דעֶר מַבּוּל איִז אָנגעֶקוּמעֶן, אוּן זײֵ האָבּעֶן געֶזעֶהן, אַז זײֵ האַלטעֶן בּײַ׳ם אוּנטעֶרגעֶהן, זעֶנעֶן זײֵ געֶקוּמעֶן אוּן געֶװאָלט איִבּעֶרקעֶהרעֶן דעֶם קאַסטעֶן. װאָס טהוּט גאָט? שיִקט עֶר צוּ לײֵבּעֶן מיִט לעֶמפּעֶרטעֶן איִן זײֵ ריִנגלעֶן־אַרוּם דעֶם קאַסטעֶן פוּן אַלעֶ זײַטעֶן אוּן לאָזעֶן ניִט צוּטרעֶטעֶן.

↤ 14

פוּן אַלעֶ ריִעזעֶן איִז געֶבּליִבּעֶן נוּר אײֵנעֶר — עוׂג מֶלֶך הַבָּשָן. עֶר האָט זיִך אײַנגעֶבּעֶטעֶן בּײַ נח׳ן, עֶר זאָל איִהם לאָזעֶן זיִצעֶן רײַטעֶנדיִג אוׂיפ׳ן קאַסטעֶן אוּן דעֶרלאַנגעֶן איִהם עֶסעֶן דוּרכ׳ן דאַך־פעֶנסטעֶרעֶל. דעֶרפאַר האָט עֶר נח׳ן געֶשװאוׂירעֶן, אַז עֶר װעֶט בּלײַבּעֶן אַן אײֵבּיִגעֶר קנעֶכט איִהם אוּן זײַנעֶ קיִנדעֶר.

אַז דאָס װאַסעֶר איִז אָפּגעֶפאַלעֶן, האָט נח אַרוׂיסגעֶשיִקט דעֶם ראָבּ, עֶר זאָל זעֶהן, ציִ איִז שוׂין דאָ טרוּקעֶן לאַנד אוּן קוּמעֶן צוּריִק מיִט אַן עֶנטפעֶר. איִז דעֶר ראָבּ אַװעֶקגעֶפלוׂיגעֶן אוּן צוּריִק זיִך שוׂין ניִט אוּמגעֶקעֶהרט. אַ נְבֵלָה האָט עֶר געֶפוּנעֶן אוׂיפ׳ן שפּיִץ בּאַרג, אוּן פוּן גרוׂיס שִמְחָה פעֶרגעֶסעֶן איִן זײַן שְׁלִיחוּת.

האָט נח אַרוׂיסגעֶשיִקט דיִ טוׂיבּ, אוּן זיִ האָט זיִך אוּמגעֶקעֶהרט צוּריִק מיִט אַן אײֵלבּיִרט־בּלאַט איִן מוׂיל, װיִ אײֵנעֶר זאָגט:

ליִעבּעֶר אַ בּיִטעֶרעֶ בּלאַט פוּן גאָט׳ס גנאָד,
אײֵדעֶר זיִסעֶ שפּײַז פוּן מעֶנשעֶנ׳ס גאָבּ.

שפּעֶטעֶר האָט שֶׁם בֶּן נח דעֶרצעֶהלט, װיִ זײֵ האָבּעֶן געֶלעֶבּט איִן קאַסטעֶן:

— זעֶהר פיִעל האָבּעֶן מיִר זיִך דאָרט אָנגעֶליִטעֶן, גאָר ניִשט אוׂיסצוּשטעֶהן. קײַן רוּה בּײַ־טאָג אוּן בּײַ־נאַכט. יעֶדעֶן בּעֶשעֶפעֶניִש בּעֶזוּנדעֶר גיִבּ צוּ דעֶר צײַט זײַן שפּײַז, װאָס איִהם פּאַסט. דעֶר עֶסט פאַרטאָג, װעֶן דעֶר האָן קרעֶהט, דעֶר בּײַ־טאָג אוּן דעֶר — גאָר האַלבּעֶ נאַכט. דעֶם קעֶמעֶל גיִבּ שטרוׂי, דעֶם עֶלפאַנט טרוׂיבּעֶן־צװײַגעֶן, דעֶם עֶזעֶל געֶרשטעֶן, דעֶם העֶרש עֶפ־הײֵ, דעֶם שטרוׂיס גלאָז. אײֵנמאָל האָט מײַן פאָטעֶר אַזוׂי גיִך דעֶם לײֵבּ ניִט צוּפריִדעֶן־געֶשטעֶלט, האָט עֶר איִהם אַ שטאַרקעֶן קלאַפּּ געֶטהוּן, אַז מײַן פאָטעֶר האָט דעֶרנאָך אַ צײַט צוּ־געֶהוּנקעֶן. מיִט בּלוּט האָט עֶר פוּן זײֵ געֶשפּיִגעֶן.

פוּן חאַמעֶלעֶאָן האָבּעֶן מיִר געֶהאַט עַגְמַת־נֶפֶש, מיִר האָבּעֶן ניִט געֶװאוּסט װאָס עֶר עֶסט. אײֵנמאָל שנײַדט מײַן פאָטעֶר אַ מיִלגרוׂים, אוּן עֶס פאַלט־אַרוׂיס אַ װעֶרעֶמיִל פוּן איִנװײֵניִג, חאַפּט דעֶר חאַמעֶלעֶאָן אוּן שליִנגט עֶס אײַן. פוּן דעֶמאָלט־אָן האָבּעֶן מיִר דעֶם חאַמעֶלעֶאָן אָנגעֶהוׂיבּעֶן שפּײַזעֶן מיִט װעֶרעֶמדיִגעֶ קראָפּעֶװעֶ.

אײֵנמאָל טרעֶפט מײַן פאָטעֶר דעֶם פעֶניִקס דריִמלעֶנדיִג איִן אַ װיִנקעֶלעֶ, פרעֶגט עֶר איִהם: װאָס בּעֶטסטוּ ניִט צוּ עֶסעֶן? עֶנטפעֶרט איִהם דעֶר פעֶניִקס: „איִך זעֶה, דוּ בּיִסט אַזוׂי פעֶרטהוּן, װיִל איִך דיִך ניִשט בּעֶמיִהעֶן”. ↰ 15 דעֶרפאַר האָט איִהם מײַן פאָטעֶר געֶבּעֶנשט מיִט אײֵבּיִג לעֶבּעֶן אוּן דיִ בְּרָכָה איִז מְקוּיָם געֶװאָרעֶן.

שֶׁקֶר אוּן פלוּךְ.

אַז נחַ איִז אַרײַן איִן תֵּיבָה, קוּמט צוּ איִהם דעֶר שֶׁקֶר אוּן בּעֶט עֶר זאָל איִהם אוׂיך אַרײַננעֶהמעֶן. זאָגט איִהם נח:

— איִך נעֶהם־אַרײַן נוּר פּאָר־פאָלקעֶן, מאַן אוּן װײַבּ; בּעֶקוּם דײַן זִיווּג װעֶל איִך דיִך אַרײַנלאָזעֶן.

נעֶהמט דעֶר שקר זוּכעֶן זײַן בּעֶשעֶרטעֶ אוּן בּעֶגעֶגעֶנט דיִ פלוּך. זאָגט עֶר איִהר: זײַ מײַן פרוׂי. פרעֶגט זיִ איִהם: װאָס װעֶסטוּ מיִר געֶבּעֶן? עֶנטפעֶרט עֶר: איִך מאַך מיִט דיִר אָפּ, אַז איִן װאָס איִך װעֶל עֶרװעֶרבּעֶן זאָלסטוּ זיִך צוּנעֶהמעֶן. איִז זיִ מְרוּצָה געֶװאָרעֶן — אוּן זײֵ זעֶנעֶן אַרײַן איִן קאַסטעֶן.

אַז זײֵ זעֶנעֶן אַרוׂיס פוּן קאַסטעֶן, האָט דעֶר שׁקר אָנגעֶהוׂיבּעֶן צוּ פעֶרדיִענעֶן, אוּן דיִ פלוּך האָט אַלץ בּיִסלעֶכװײַז געֶ׳פַּטֶר׳ט.

פרעֶגט עֶר זיִ: װאוּ איִז דאָס גאַנצעֶ האָבּ אוּן גוּטס, װאָס איִך האָבּ פעֶהאָרעֶװעֶט?

עֶנטפעֶרט זיִ:

— מיִר האָבּעֶן דאָך אַזוׂי אָפּגעֶמאַכט! װאָס דו בּרעֶנגסט אַרײַן אין שטוּבּ, דאַרף איִך צוּנעֶהמעֶן!

דעֶרפאַר זאָגט דיִ װעֶלט אַ װעֶרטיִל:

„װאָס דעֶר שקר געֶװיִנט
לאָזט דיִ פלוּך אוׂיפ׳ן װיִנט”.
שִׁכּרוּת.

אַז נח איִז אַרוׂיס פוּן תֵּיבָה אוּן געֶנוּמעֶן פלאַנצעֶן אַ װײַנגאָרטעֶן, קוּמט דעֶר שָׂטָן אוּן פרעֶגט:

— װאָס פלאַנצסטוּ דאָ?

— אַ װײַנגאָרטעֶן.

— אוּן װאָס איִז מיִט איִהם דאָס מעֶהר?

— זײַן פרוּכט איִז זיִס אוּן זײַן זאַפט דעֶרפרעֶהט דאָס האַרץ.

— װיִלסטוּ מיִט מיִר מאַכעֶן שוּתְּפוּת, װעֶל איִך דיִר העֶלפעֶן פלאַנצעֶן.

— רעֶכט!

נעהמט דעֶר שָׂטָן אוּן שעֶכט אַ לעֶמעֶלעֶ אוּן בּעֶגיִסט דעֶם װײַנשטאָק ↰ 16 מיִט׳ן בּלוּט, נאָכדעֶם שעֶכט עֶר אַ לײֵבּ, דעֶרנאָן — אַ מאַלפּעֶ אוּן צוּ לעֶצט — אַ חַזִיר איִן בּעֶשפּריִצט דעֶם װײַנשטאָק מיִט׳ן בּלוּט.

געֶמײֵנט האָט עֶר מיִט דעֶם אָנצוּװײַזעֶן, אַז אַ מעֶנש טריִנקט־אוׂיס דאָס עֶרשטעֶ גלאָז װײַן, איִז עֶר שטיִל אוּן גוּט װיִ אַ לעֶמעֶלעֶ. נאָכ׳ן צװײֵטעֶן כּוׂס װעֶרט עֶר שטאָלץ אוּן שטײַף װיִ אַ לײֵבּ, אוּן נעֶהמט זיִך איִבּעֶר מיִט זײַן גְבוּרָה. נאָכ׳ן דריִטעֶן כּוׂס הוׂיבּט עֶר אָן צוּ שפּריִנגעֶן אוּן זיִך נאַריִש מאַכעֶן װיִ אַ מאַלפּעֶ. שפּעֶטעֶר — װאַלגעֶרט עֶר זיִך שוׂין איִן מיִסט װיִ אַ חַזִיר.

נִמְרוׂד אוּן דעֶר דוׂר הַפְלָגָה ¹).

דיִ העֶמדליִך װאָס גאָט האָט געֶמאַכט פאַר אָדָם מיִט חַוָה איִן גַן־עֵדֶן, האָט נחַ מיִטגעֶנוּמעֶן איִן תֵּיבָה, אוּן נאָך זײַן טוׂיט האָט זײֵ נִמְרוׂד געֶ׳יַרְש׳עֶט, װיִ עֶר האָט דיִ נוּר אָנגעֶטהוּן, אוּן אַלעֶ בְּהֵמוׂת חַיוׂת אוּן עוׂפוׂת האָבּעֶן דעֶרזעֶהן אוׂיף איִהם דיִ פּראַכטיִגעֶ קלײֵדעֶר אוּן דעֶרשפּיִרט דעֶם גַן־עֵדֶן רֵיחַ, װאָס שמעֶקט פוּן זײֵ, זעֶנעֶן זײֵ געֶפאַלעֶן צוּ דעֶר עֶרד פאַר נִמְרוׂד׳ן. אוּן דיִ מעֶנשעֶן האָבּעֶן געֶמײֵנט, אַז עֶר איִז אַזוׂי שטאַרק, דאָס אַלעֶ חַיוׂת ציִטעֶרעֶן פאַר איִהם, האָבּעֶן זײֵ איִהם געֶמאַכט פאַר אַ קעֶניִג.

שטאָלץ אוׂיף זײֵעֶר קעֶניִג דעֶם העֶלד מיִט זײַן גְבוּרָה, האָבּעֶן דיִ לײַט פוּן זײַן דוׂר פעֶרטראכט אַ אוׂיפשטאַנד געֶגעֶן היִמעֶל.

— אײֵנמאָל איִן טוׂיזעֶנד זעֶקס הוּנדעֶרט זעֶקס אוּן פוּנפציִג יאָהר ²) — האָבּעֶן אײֵניִגעֶ פוּן זײֵ געֶזאָגט — בּײֵגט זיִך דאָס געֶװעֶלבּ פוּן היִמעֶל אוּן דאָס אוׂיבּעֶרשטעֶ װאַסעֶר ריִנט־דוּרך אוּן עֶס װעֶרט אַ מַבּוּל. דעֶריִבּעֶר דאַרף מעֶן אוׂיסבּוׂיעֶן הוׂיכעֶ טוּרעֶמס, זײֵ זאָלעֶן אוּנטעֶרשפּאַרעֶן דעֶם היִמעֶל פוּן אַלעֶ פיִעֶר זײַטעֶן װיִ פעֶסטעֶ זײַלעֶן.

אַנדעֶרעֶ האָבּעֶן געֶנוּמעֶן טַעְנֶה׳ן: מיִט װאָס פאַר אַ רעֶכט האָט עֶר פאַר זיִך מיִט זײַן פַמַלְיָא ³) גאָר דעֶם אוׂיבּעֶרשטעֶן הוׂיכעֶן היִמעֶל־שטאָק אָפּגעֶנוּמעֶן, אוּן פאַר אוּנז דיִ ניִדעֶריִגעֶ עֶרד געֶלאָזט? אַ הוׂיכעֶן טוּרעֶם לאָמיִר אוׂיסבּוׂיעֶן, אוׂיף זײַן שפּיִץ אוּנזעֶרעֶ אַ געֶמאַכטעֶן גאָט אַװעֶקשטעֶלעֶן אוּן איִהם אַ שװעֶרד איִן דעֶר האַנד געֶבּעֶן: עֶס װעֶט הײֵסעֶן, מיִר מאַכעֶן מיִט איִהם אַ שטרײַט!

¹) אַזוׂי הײֵסט דעֶר דור, װאָס האָט געֶבּוׂיעֶט דעֶם הוׂיכעֶן טוּרעֶם איִן בּבל. ²) אַזוׂי פיִעֶל יאָהר האָט געֶדוׂיעֶרט פוּן זיִנט דיִ װעלט איִז בּעֶשאַפעֶן בֶּיִז׳ן מבּוּל. ³) פאַמיִליִעֶ, סװיִטעֶ.

↤ 17

האָבּעֶן זײֵ געֶנוּמעֶן בּוׂיעֶן אַ טוּרעֶם איִן טהאָל פוּן בָּבֶל, זיִבּעֶן טרעֶפּ האָט עֶר געֶהאַט איִן מִזְרָח־זײַט אוּן זיִבּעֶן איִן מַעֲרָב־זײַט. פוּן אײֵן זײַט האָט מעֶן דיִ ציִגעֶל אַרוׂיפגעֶטראָגעֶן, אוּן פוּן דעֶר אַנדעֶרעֶר זײַט איִז מעֶן אַראָפּגעֶגאַנגעֶן. װעֶן אַ מעֶנש איִז פוּן געֶבּײַ אַראָפּגעֶפאַלעֶן האָט עֶס קײֵנעֶם ניִט געֶאַרט; איִז אָבּעֶר אַ ציִגעֶל געֶפאַלעֶן, פלעֶגעֶן זײֵ װײֵנעֶן אוּן קלאָגעֶן: װעֶן װעֶט מעֶן אַן אַנדעֶרעֶן אַרוׂיפבּרעֶנגעֶן אַזוׂי הוׂיך.

אײֵנמאָל איִז אַבְרָהָם פאַרבּײַגעֶגאַנגעֶן אוּן געֶזעֶהן זײֵעֶרעֶ שלעֶכטעֶ מַעֲשִׂים, האָט עֶר זײֵ פעֶרשאָלטעֶן, זײֵעֶר שפּראַך זאָל װעֶרעֶן צוּמיִשט.

אוּן אַזוׂי איִז געֶשעֶהן: זײֵ זעֶנעֶן פעֶרפרעֶמדט געֶװאָרעֶן צװיִשעֶן זיִך, אוּן אײֵנעֶר האָט ניִט פעֶרשטאַנעֶן װאָס דעֶר צװײֵטעֶר רעֶדט: הײֵסט דעֶר געֶבּעֶן װאַסעֶר — דעֶרלאַנגט יעֶנעֶר איִהם אַ ציִגעֶל; זאָגט עֶר: אַ האַק — גיִט עֶר איִהם אַ לאָפּאַטעֶ. — װעֶרט יעֶנעֶר איִן כַּעַס אוּן צוּפּלעֶט איִהם דעֶם קאָפּ.

↤ 18

דיִ אָבוׂת.
אַבְרָהָם׳ס געֶבּוּרט.

אַז אַבְרָהָם אָבִינוּ איִז געֶבּוׂירעֶן געֶװאָרעֶן, האָבּעֶן דיִ אַסטראָלאָגעֶן ¹) דעֶרזעֶהן, װיִ אַ ליִכטיִגעֶר שטעֶרעֶן געֶהט־אוׂיף איִן מִזְרָח־זײַט אוּן שליִנגט־אײֵן אַלעֶ שטעֶרעֶן. זעֶנעֶן זײֵ געֶקוּמעֶן צוּ נִמְרוׂד׳ן אוּן איִהם געֶזאָגט: הײַנט איִז בּײַ׳ם אַלטעֶן תֶּרַח׳ן געֶבּוׂירעֶן אַ זוּהן, װאָס װעֶט אַלעֶ אוּנזעֶרעֶ געֶטעֶר צוּבּרעֶכעֶן אוּן אַלעֶ אוּנזעֶרעֶ לעֶנדעֶר אײַננעֶהמעֶן.

אוׂיף מאָרגעֶן שיִקט נִמְרוׂד צוּ תֶּרַח׳ן: נעֶכטעֶן בּײַ־נאַכט איִז בּײַ דיִר אַ זוּהן געֶבּוׂירעֶן געֶװאָרעֶן. גיִבּ איִהם מיִר אַרוׂיס, איִך װעֶל איִהם טוׂיטעֶן, דעֶרפאַר װעֶל איִך דיִר אַ פוּלעֶ שטוּבּ מיִט גאָלד אוּן זיִלבּעֶר אָנשיִטעֶן.

עֶנטפעֶרט תֶּרַח דיִ שְׁלִיחִים אַזוׂי:

— נעֶכטעֶן האָט אײֵנעֶר צוּ מײַן פעֶרד געֶזאָגט: לאָז זיִך דעֶם קאָפּּ אָפּשנײַדעֶן, בּעֶקוּמסטוּ דעֶרפאַר צעֶהן מעֶסטליִך געֶרשטעֶן. — „אַ אײַנפאַל אַבּיִסעֶל! — האָט איִהם דעֶר פעֶרד אוׂיף דעֶם געֶעֶנטפעֶרט — אָהן אַ קאָפּ, נאַר אײֵנעֶר, צוּ װאָס טוׂיג מיִר איִנגאַנצעֶן דיִ געֶרשטעֶן?” — אָהן אַ יוׂרֵשׁ, צוּ װאָס טוׂיג דעֶם אַלטעֶן תֶּרַח׳ן דאָס גאַנצעֶ גאָלד איִן זיִלבּעֶר!

נעֶהמט תֶּרַח אוּן בּעֶהאַלט דאָס קיִנד איִן אַ הײֵל. בּאַלד האָבּעֶן צװײֵ קװאַלעֶן זיִך איִן הײֵל געֶעֶפעֶנט, אײֵנעֶר מיִט האָניִג, דעֶר אַנדעֶרעֶר מיִט בּוׂימעֶל, אוׂיף צוּ נעֶהרעֶן אַבְרָהָם׳ן.

אַז אַבְרָהָם איִז אַלט געֶװאָרעֶן דרײַ יאָהר, איִז עֶר אַרוׂיס פוּן הײֵל.

¹) שטעֶרעֶהעֶר.

װיִ עֶר האָט צוּם עֶרשטעֶן מאָל דעֶרזעֶהן דיִ זוּן, האָט עֶר געֶטראַכט בּײַ זיִך: אַפָּנִים דאָס איִז דעֶר גאָט, װאָס האָט בּעֶשאַפעֶן היִמעֶל אוּן עֶרד אוּן ↰ 19 מיִך. האָט עֶר אַ גאַנצעֶן טאָג תְּפִלָה געֶטהוּן צוּ דעֶר זוּן. איִן אָװעֶנד זעֶהט עֶר, װיִ דיִ זוּן געֶהט־אוּנטעֶר, זאָגט עֶר צוּ זיִך: דאָס איִז ניִט קײַן גאָט. בּײַנאַכט זעֶהט עֶר דיִ לְבָנָה מיִט דיִ שטעֶרעֶן אוּן טראַכט: אֶפְשַר איִז דיִ לְבָנָה דעֶר אוׂיבּעֶר־האַר פוּן גאָר דעֶר װעֶלט אוּן דיִ שטעֶרעֶן זעֶנעֶן איִהרעֶ דיִענעֶר. האָט עֶר אַ גאַנצעֶ נאַכט געֶבּעֶטעֶן צוּ דעֶר לְבָנָה.

אוׂיף מאָרגעֶן זעֶהט עֶר, װיִ דיִ לבנה מיִט דיִ שטעֶרעֶן זעֶנעֶן אוׂיך פעֶרגאַנגעֶן, — הוׂיבּט עֶר אוׂיף דיִ העֶנד צוּם היִמעֶל אוּן זאָגט:

— נײֵן! ניִשט זײֵ זעֶנעֶן בּעֶשעֶפעֶר פוּן דעֶר װעֶלט. אײֵן גאָט איִז דאָ איִן היִמעֶל, אַ הוׂיבּעֶר־האַר איִבּעֶר זײֵ אַלעֶ. איִהם װעֶל איִך בּעֶטעֶן אוּן פאַר איִהם װעֶל איִך זיִך בּוּקעֶן.

תֶּרַח׳ס געֶטעֶר.

דעֶר אַלטעֶר תֶּרַח פלעֶגט מאַכעֶן געֶטעֶר אוּן פעֶרקוׂיפעֶן זײֵ איִן מאַרק.

יעֶדעֶן טאָג פלעֶגט עֶר אַרוׂיסשיִקעֶן אַן אַנדעֶר קיִנד איִן מאַרק אוּן מיִטגעֶבּעֶן איִהם אַ פוּלעֶן קאָרבּ מיִט געֶטעֶר, גרעֶסעֶרעֶ אוּן קלעֶנעֶרעֶ, טײַעֶרעֶ אוּן בּיִליִגעֶ.

אײֵנמאָל איִז אוׂיסגעֶקוּמעֶן צוּ געֶהן איִן מאַרק מיִט׳ן קאָרבּ געֶטעֶר אַבְרָהָם׳ן, — נעֶהמט עֶר זײֵ אַרוׂיס פוּן קאָרבּ אוּן צוּלעֶגט זײֵ אוׂיפ׳ן געֶשטעֶל, דיִ גרעֶסעֶרעֶ — פוּן אוׂיבּעֶן, דיִ מיִטעֶלעֶ — איִן מיִטעֶן, אוּן גאָר דיִ קלײֵנעֶ — פוּן אוּנטעֶן. קוּמט צוּ איִהם אײֵנעֶר אַ מעֶנש אַ בּעֶיאַרהרטעֶר, אָבּעֶר נאָך אַ גְבַר אוּן זאָגט:

— גיִבּ מיִר נוּר, אַבְרָהָם׳יִל, אַ רעֶכטעֶן גאָט, אַזוׂי גרוׂיס אוּן שטאַרק װיִ איִך אַלײֵן.

װײַזט איִהם אברהם דעֶם גרעֶסטעֶן, גאָר פוּן אײֵבּעֶן־אָן, אוּן זאָגט:

— דעֶר װאָס איִז העֶכעֶר פוּן אַלעֶ, איִז שטאַרקעֶר פוּן אַלעֶ, נאָר מײַנעֶ געֶטעֶר האָבּעֶן אַזאַ נאַטוּר: אײֵדעֶר מעֶן בּעֶצאָהלט דאָס געֶלד — ריִהרעֶן זײֵ זיִך ניִט פוּן אָרט.

בּעֶצאָהלט עֶר איִהם דאָס געֶלד, נעֶהמט דעֶם גאָט אוּן װיִל שוׂין אַװעֶקגעֶהן. פרעֶגט איִהם אַברהם: װיִפיִעל בּיִסטוּ אַלט? עֶנטפעֶרט עֶר: זיִבּעֶציִג יאָהר.

זאָגט אברהם: אַז אָך אוּן װעֶה צוּ דײַן נאַריִשעֶן שֵׂכֶל! אַלײֵן בּיִסטוּ אַלט זיִבּעֶציִג יאָהר — אוּן װיִלסט זיִך בּוּקעֶן צוּ אַ גאָט, װאָס איִז עֶרשט פוּן אוּנטעֶר דעֶר האַק אַרוׂיס!

↤ 20

נעֶהמט דעֶר אַלטעֶר אוּן שלײַדעֶרט איִהם אַרײַן דעֶם גאָט איִן קאָרבּ איִן פאָדעֶרט צוּריִק זײַן געֶלד. גיִט איִהם אברהם צוּריִק דאָס געֶלד, אוּן לאָזט איִהם אָפּ.

קוּמט אַן אַלטעֶ פרוׂי אוּן זאָגט: גיִבּ מיִר נור, אברהם, עֶפּעֶס אַ װאָלװעֶל געֶטעֶל, אַזוׂי קלײֵן אוּן געֶמײֵן, װיִ איִך אַלײֵן. װײַזט עֶר איִהר דאָס קלעֶנסטעֶ, גאָר אוּנטעֶן, אוּן זאָגט:

— דאָס איִז אַקוּראַט אָנגעֶמאָסטעֶן פאַר דיִר: אַ קלײֵנס, אַ ניִדעֶריִגס אוּן ליִגט אוּנטעֶר אַלעֶ.

אַז זיִ האָט איִהם בּעֶצאָלט דיִ עֶטליִכעֶ גראָשעֶן, פרעֶגט עֶר זיִ: װיִ אַלט בּיִסטוּ?

עֶנטפעֶרט זיִ: אָ, זעֶהר אַלט, איִך געֶדעֶנק שוׂין אַלײֵן ניִט װיִפיִעל.

זאָגט עֶר צוּ איִהר:

— אַ חַרְפָּה אוּן אַ בּוּשָה! אַזאַ זְקֵנָה װיִ דוּ זאָל זיִך בּיִקעֶן פאַר אַ געֶטעֶל פוּן נעֶכטיִגעֶן טאָג.

װיִ דיִ פרוׂי האָט דאָס דעֶרהעֶרט, נעֶהמט זיִ אָפּ צוּריִק איִהר געֶלד אוּן געֶהט אַװעֶק אָהן אַ גאָט. אַזוׂי האָט אַבְרָהָם געֶטהוּן מיִט אַלעֶ קוׂנִים.

איִן אָװעֶנד קוּמט עֶר אַהײֵם אוּן בּרעֶנגט־צוּריִק דעֶם גאַנצעֶן קאָרבּ מיִט אַלעֶ געֶטעֶר.

זאָגעֶן דיִ בּריִדעֶר צוּ תּרח׳ן: דעֶר אברהם טוׂיג לַחֲלוּטִין ניִט צוּם האַנדעֶל, מעֶן דאַרף איִהם גאָר מאַכעֶן פאַר אַ גלח.

פרעֶגט אַברהם: װאָס האָט אַ גלח צוּ טהוּן?

עֶנטפעֶרט איִהם תּרח: אַ גלח דאַרף דעֶרלאַנגעֶן דיִ געֶטעֶר עֶסעֶן אוּן טריִנקעֶן אוּן זײֵ בּעֶדיִענעֶן.

איִז אַברהם געֶװאָרעֶן אַ גלח.

קוּמט אַ פרוׂי אוּן בּרעֶנגט אַ שיִסעֶל זעֶמעֶל־מעֶהל, אַ קָרְבָּן פאַר דיִ געֶטעֶר, נעֶהמט עֶר צוּ דעֶם קרבּן אוּן שטעֶלט־אַװעֶק איִן מיִטעֶן קאַמעֶר. דעֶרנאָך נעֶהמט עֶר אַ גרוׂיסעֶן שטעֶקעֶן אוּן צעֶבּרעֶכט מיִט איִהם אַלעֶ געֶטעֶר, לאָזט נאָר איִבּעֶר אײֵנעֶם, דעֶם גרעֶסטעֶן, אוּן שטעֶלט איִהם אַרײַן דעֶם שטעֶקעֶן איִן האַנד.

װיִ דעֶר אַלטעֶר תּרח איִז געֶקוּמעֶן אוּן דעֶרזעֶהן דעֶם חוּרְבָּן, צוּשרײַט עֶר זיִך אוׂיף אברהם׳ן אוּן פרעֶגט מיִט צאָרעֶן:

— װאָס איִז דאָ געֶשעֶהן? װעֶר האָט עֶס צעֶבּראָכעֶן אַלעֶ מײַנעֶ געֶטעֶר?!

עֶנטפעֶרט איִהם אַברהם קאַלט־בּליִטיִג:

↤ 21

— טאַטעֶ, איִך װעֶל דיִר ניִט לײֵקעֶנעֶן! אַ פרוׂי האָט געֶבּראַכט אַ שיִסעֶל זעֶמעֶל־מעֶהל אוּן איִך האָבּ זיִך געֶפוׂילט צוּטראָגעֶן יעֶדעֶן גאָט בּעֶזוּנדעֶר, שטעֶל איִך דעֶם קָרַבָּן איִן מיִטעֶן ציִמעֶר אוּן זאָג צוּ דיִ געֶטעֶר: נעֶהמט אײַך אוּן עֶסט אוּן זאָל אײַך װאוׂיל בּעֶקוּמעֶן. האָבּעֶן זײֵ זיִך אָנגעֶהוׂיבּעֶן צוּ קריִגעֶן, דעֶר זאָגט: איִך װעֶל עֶסעֶן פריִהעֶר, אוּן דעֶר זאָגט: איִך װעֶל פריִהעֶר. איִז אָט דעֶר גרוׂיסעֶר אַרײַן איִן רְצִיחָה אוּן געֶחאַפּט אַ שטעֶקעֶן אוּן זײֵ אַלעֶמעֶן צוּבּראָכעֶן.

צוּבּײֵזעֶרט זיִך תֶּרַח נאָך שטאַרקעֶר:

— װאָס לײַגסטוּ, שײֵגעֶץ אײֵנעֶר! פוּן װעֶמעֶן מאַכסטוּ דאָ געֶשפּעֶט? האָבּעֶן זײֵ דעֶן דאָס בְּכּוׂחַ?

— װאָס נײֵן? — עֶנטפעֶרט אַבְרָהָם — טאָ העֶר־זשעֶ, טאַטעֶ, אַלײֵן װאָס דוּ רעֶדסט. װיִ בּאַלד זײֵ קאָנעֶן גאָרניִט טהוּן, הײַנט װאָס פאַר אַ געֶטעֶר זעֶנעֶן זײֵ?

נעֶהמט תֶּרַח אוּן גיִט איִהם איִבּעֶר צוּ נִמְרוׂד׳ן איִן דיִ העֶנד. הוׂיבּט איִהם אָן נמרוׂד צוּ שטראָפעֶן:

— װיִ קוּמט עֶס צוּ דיִר, דעֶם אַלטעֶן תּרח׳ס אַ זוּהן, זאָל אַזעֶלכעֶס טהוּן? װיִלסטוּ דעֶן ניִט, אַז איִך בּיִן דעֶר האַר פוּן גאָר דעֶר װעֶלט, — װיִ־זשעֶ האָסטוּ זיִך געֶקעֶנט דעֶרװעֶגעֶן צוּ צוּבּרעֶכעֶן דיִ געֶטעֶר, װאָס איִך דיִען צוּ זײֵ?

עֶנטפעֶרט איִהם אַברהם: אוׂיבּ דוּ בּיִסט דעֶר האַר פוּן גאָר דעֶר װעֶלט, — פּרוּב מאַכעֶן אַזוׂי, אַז דיִ זוּן זאָל אוׂיפגעֶהן איִן מַעֲרָב־זײַט אוּן פעֶרגעֶהן איִן מִזְרָח.

פעֶרטראַכט זיִך נמרוׂד שטאַרק, שטעֶהט אוּן האַלט זיִך בּײַ דעֶר בּאָרד. אוּן װײֵסט ניִט װאָס צוּ עֶנטפעֶרעֶן.

זאָגט אַברהם צוּ איִהם:

— פעֶרשפּאָרסט צוּ טראַכטעֶן: ניִט דעֶר האַר פוּן דעֶר װעֶלט בּיִסטוּ, נאָר דעֶר זוּהן פוּן כּוּש. דוּ האָסט דײַן אײֵגעֶנעֶם פאָטעֶר ניִט געֶקעֶנט מַצִיל זײַן פוּן טוׂיט אוּן װעֶסט אַלײֵן אוׂיך ניִט נִצוּל װעֶרעֶן.

װעֶרט נמרוׂד איִן כַּעַס אוּן זאָגט:

— פאַר אַזעֶלכעֶ רײֵד דאַרף מעֶן דיִך פעֶרבּרעֶנעֶן, נאָר אוׂיבּ דוּ בּוּקסט זיִך צוּם פײַעֶר — לאָז איִך דיִך לעֶבּעֶן.

— אֶפְשַר איִז גלײַכעֶר זיִך בּוּקעֶן צוּם װאַסעֶר, װאָס פעֶרלעֶשט דאָס פײַעֶר?

↤ 22

— בּוּק זיִך צוּם װאַסעֶר!

— אפשר צוּם װאָלקעֶן, װאָס איִז אָנגעֶזאַפּט מיִט װאַסעֶר ?

— בּוּק זיִך צוּם װאָלקעֶן!

— אפשר צוּם װיִנד, װאָס צוּטרײַבּט דיִ װאָלקעֶן ?

— בּוּק זיִך צוּם װיִנד!

— אפשר גאָר צוּם מעֶנשעֶן, װאָס בּעֶצװיִנגט ¹) דעֶם װעֶר אוׂיך?

װעֶרט נמרוׂד נאָך מעֶהר איִן כַּעַס אוּן זאָגט: פעֶררעֶד מיִר ניִט דעֶם קאָפּּ. איִך בּוּק זיִך צוּם פײַעֶר, װעֶל איִך דיִך אַרײַנװאַרפעֶן איִן פײַעֶרדיִגעֶן קאַלך־אוׂיװעֶן, אוּן זאָל קוּמעֶן דײַן גאָט אוּן דיִך פוּנ׳ם פײַעֶר רעֶטעֶן.

אוּן אַזוׂי איִז געֶשעֶהן.

יִשְׁמָעֵאל אוּן זײַנעֶ פרוׂיעֶן.

װעֶן שָׂרָה האָט פעֶרטריִבּעֶן איִהר שטיִף־זוּהן יִשְׁמָעֵאל׳ן מיִט זײַן מוּטעֶר הָגָר פוּן געֶצעֶלט, האָט אַברהם געֶנוּמעֶן הָגָר׳ס לאַנגעֶן שלײֵעֶר אוּן אָנגעֶבּוּנדעֶן איִהר אוׂיף דיִ לעֶנדעֶן, כְּדֵי עֶר זאָל זיִך נאָכשלעֶפּעֶן אוׂיף דעֶר עֶרד, — װעֶט עֶר נאָכקוּקעֶן זײֵעֶר שפּוּר אוּן װיִסעֶן דעֶם װעֶג, װאָהיִן זײֵ זעֶנעֶן אַװעֶק.

איִן דרײַ יאָהר אַרוּם האָט עֶר זיִך פעֶרבּײֵנקט נאָך זײַן זוּהן, אוּן אַװעֶק געֶװאָהר װעֶרעֶן, װאָס מאַכט עֶר. האָט איִהם שׂרה בּעֶשװאוׂירעֶן, עֶר זאָל ניִט אַראָפּגעֶהן פוּן קעֶמעֶל איִן יעֶנעֶם אָרט, װאוּ יִשְׁמָעֵאל זיִצט.

האַלבּעֶן טאָג איִז עֶר געֶקוּמעֶן איִן מִדְבַּר פָּארָן אוּן דעֶרזעֶהן יִשמעאל׳ס פרוׂי בּײַ דעֶר טהיִר פוּן געֶצעֶלט. פרעֶגט עֶר זיִ: װאוּ איִז ישמעאל?

— אַװעֶק איִן מִדְבָּר מיִט זײַן מוּטעֶר קלוׂיבּעֶן טײֵטלעֶן.

— גיִבּ מיִר אַבּיִסעֶל װאַסעֶר מיִט אַ שטיִקל בּרוׂיט, דעֶן איִך בּיִן הוּנגעֶריִג אוּן דאָרשטיִג אוּן מיִעד פוּן װעֶג.

— ניִטאָ בּײַ אוּנז פוּן דײַניִטװעֶגעֶן ניִט קײַן בּרוׂיט אוּן ניִט קײַן װאַסעֶר.

אַברהם האָט זיִך געֶלאָזט צוּריִק אוּן געֶזאָגט דעֶר פרוׂי:

— אַז יִשמעאל װעֶט זיִך אוּמקעֶרעֶן, דעֶרצעֶהל איִהם, אַז אַן אַלטעֶר מאַן איִז דאָ געֶקוּמעֶן פוּן לאַנד כְּנַעַן אוּן געֶזאָגט, אַז דיִ שװעֶל פוּן געֶצעֶלט איִז צוּ ניִדעֶריִג.

אַז יִשמעאל איִז געֶקוּמעֶן אוּן זיִ האָט איִהם דעֶרצעֶהלט דיִ מַעֲשֶׂה, האָט עֶר פעֶרשטאַנעֶן, אַ דיִ שװעֶל איִז אַ מָשָׁל ²) געֶגעֶן איִהר מיִט איִהרעֶ ניִדעֶריִגעֶ ↰ 23 מִדוׂת ¹), האָט עֶר זיִ געֶ׳גֵט אוּן געֶנוּמעֶן אַן אַנדעֶר פרוׂי.

¹) נעֶהמט אײַן, בּעֶהערשט. ²) בּײַשפּיִעל.

נאָך מיִט דרײַ יאָהר שפּעֶטעֶר איִז אַבְרָהָם װיִדעֶר אַװעֶק איִן מִדְבָּר, צוּ זעֶהן װאָס מאַכט יִשְׁמָעֵאל, אוּן שָרָה האָט איִהם װיִדעֶר בּעֶשװאוׂירעֶן, עֶר זאָל דאָרט ניִט אַראָפּ פוּן קעֶמעֶל.

קוּמט עֶר איִן מִדְבַּר פָּארן אוּן טרעֶפט יִשְמָעֵאל׳ס צװײֵטעֶ פרוׂי אוּן פרעֶגט זיִ:

— װאוּ איִז יִשְמָעֵאל?

— אַװעֶק װײַט איִן מִדְבָּר, פיִטעֶרעֶן דיִ קעֶמלעֶן.

— גיִבּ מיִר אַ בּיִסעֶל װאַסעֶר מיִט אַ שטיִקעֶל בּרויט, דעֶן איִך בּיִן הוּנגעֶריִג אוּן דאָרשטיִג אוּן מיעד פוּן װעֶג.

האָט זיִ בּאַלד אַרוׂיסגעֶטראָגעֶן בּרוׂיט מיִט װאַסעֶר אוּן איִהם געֶגעֶבּעֶן עֶסעֶן אוּן טריִנקעֶן, אוּן אַבְרָהָם האָט זיִ געֶבּעֶנשט.

אוּן דיִ בְּרָכָה איִז מְקוּיָם געֶװאָרעֶן. אַז יִשְמָעֵאל איִז געֶקוּמעֶן, האָט איִהם דיִ פרוׂי דעֶרצעֶהלט, װאָס דאָ איִז געֶשעֶהן, האָט עֶר פעֶרשטאַנעֶן, אַז זײַן פאָטעֶר איִז איִהם נאָך בּיִז הײַנט געֶטרײַ געֶבּליִבּעֶן אוּן איִן איִהם ניִשט פעֶרגעֶסעֶן.

עֲקֵדַת יִצְחָק ²).

דעֶר שָׂטָן איִז געֶקוּמעֶן צוּם אוׂיבּעֶרשטעֶן אוּן איִהם געֶזאָגט: דעֶר אַלטעֶר האָט צוּם זוּהנ׳ס אַנטװײֵנעֶן געֶמאַכט אַ מאָהלצײַט פאַר דעֶר גאַנצעֶר װעֶלט, אוּן דיִר, רִבּוׂנוׂ־שֶל־עוׂלָם, אַפיִלוּ קײַן טוׂיבּ ניִט געֶאָפּפעֶרט.

עֶנטפעֶרט גאָט: דיִ גאַנצעֶ שִמְחָה בּײַ איִהם איִז צוּליִעֶבּ דעֶם קיִנד, װעֶן איִך הײֵס איִהם אָפּפעֶרעֶן דאָס קיִנד, װעֶט עֶר אוׂיך פאָלגעֶן.

איִז גאָט געֶקוּמעֶן צוּ אַבְרָהָם׳ן אוּן איִהם געֶזאָגט:

— אַבְרָהָם, דיִר שטעֶהט־פאָר אַ שװעֶרעֶר נִסָיוׂן. װעֶסטוּ איִהם בּײַשטעֶהן?

— פּרוּב, רִבּוׂנוׂ־שֶל־עוׂלָם ...

— נעֶהם נוּר דײַן זוּהן...

— צװײֵ האָבּ איִך...

— דעֶם אײֵן אוּן אײֵנציִגעֶן...

— בּײֵדעֶ זעֶנעֶן בְּנֵי־יְחִידִים בּײַ זײֵעֶרעֶ מוּטעֶרס.

¹) זיִטעֶן. ²) דאָס בּיִנדעֶן יצחק׳ן אוׂיפ׳ן מזבּח פאַר אַ קרבּן.

↤ 24

— דעֶם, װאָס דיִ האָסט ליִעֶבּ...

— איִז דעֶן איִן אַ פאָטעֶרס האַרץ דאָ גרעֶניִצעֶן?

— יִצְחָק׳ן! אוּן בּרײֵנג אַלדלם פאַר אַ קָרְבַּן עוׂלָה!

טראַכט אַבְרָהָם בּײַ זיִך: װאָס זאָל איִך טהוּן? זאָגעֶן שָרָה׳ן — װעֶט זיִ ניִט לאָזעֶן: װײַבּעֶר האָבּעֶן אַ װײֵך האַרץ! אַרוׂיס׳גַנְבֶ׳נעֶן איִהם — האָבּ איִך מוׂרָא: װיִ זיִ װעֶט זיִך אַרוּמקוּקעֶן, אַז דאָס קיִנד איִז ניִטאָ, — קעֶן זיִ זיִך דאָס לעֶבּעֶן נעֶהמעֶן. איִז עֶר זיִך מְיַשַב, קוּמט אוּן זאָגט צוּ שָרָה׳ן:

— מאַך גרײֵט אַ גוּטעֶן מיִטאָג, מיִר װעֶלעֶן זיִך הײַנט פרעֶהעֶן.

— װאָס איִז מיִט דיִר דיִ שִׂמְחָה?

— אַלעֶ טאָג מעֶגעֶן מיִר זיִך מְשַׂמֵח זײַן. אוׂיף דעֶר עֶלטעֶר אַזאַ נַחַת, אַ זוּהן...

מאַכט זיִ גרײֵט אַ סְעוּדָה.

איִן מיִטעֶן דעֶר סְעוּדָה גיִט אַבְרָהָם אַ זאָג: דוּ װײֵסט, אַלטעֶ, איִך צוּ דרײַ יאָהר האָבּ שוׂין דעֶרקעֶנט דעֶם בּוׂרֵא עוׂלָם ¹), אוּן אוּנזעֶר קיִנד איִז שוׂין אַ דעֶרװאַקסעֶנעֶר אוּן עֶר װײֵסט נאָך פוּן גאָר ניִשט. איִך רעֶכעֶן איִהם איִצט אַװעֶקפיִהרעֶן עֶרגיִץ איִן אַ אָרט, עֶר זאָל זיִך דאָרט לעֶרנעֶן.

— שוׂין טאַקיִ צײַט. פיִהר איִהם אַהיִן געֶזוּנדעֶרהײֵד!

אוׂיף מאָרגעֶן איִז אַבְרָהָם אוׂיפגעֶשטאַנעֶן פאַרטאָג, אוּן אַװעֶק, װעֶן שָרָה איִז נאָך געֶשלאָפעֶן, װיִל עֶר האָט מוׂרָא געֶהאַט, טאָמעֶר װעֶט זיִ דעֶרװײַל חֲרָטָה האָבּעֶן אוּן דאָס קיִנד ניִט װעֶלעֶן אָפּלאָזעֶן.

אוּן מיִטגעֶנוּמעֶן האָט עֶר צװײֵ יוּנגעֶן: אֱליִעֶזֶר׳ן מיִט יִשמָעֵאל׳ן, זײֵ זאָלעֶן היִטעֶן דיִ עֵזלעֶן איִן מיִטעֶן װעֶג, אוּן אַלײֵן איִז עֶר אַװעֶק מיִט יִצְחָק׳ן צוּם בּאַרג מוׂרִיָה.

האָבּעֶן בּײֵדעֶ יוּנגעֶן אָנגעֶהוׂיבּעֶן צוּ שפּאַרעֶן זיִך. יִשְמָעֵאל זאָגט: יִצְחָק׳ן װעֶט מעֶן אָפּפעֶרעֶן, — בּלײַבּ איִך דעֶר עֶלטסטעֶר זוּהן אוּן דעֶר אײֵנציִגעֶר יוׂרֵש! אוּן אֱלִיעֶזֶר זאָגט: דיִך האָט דעֶר פאָטעֶר פעֶרטריִבּעֶן אוּן אָפּגעֶזאָגט פוּן יְרוּשָה, איִך אָבּעֶר בּעֶדיִען איִהם בּײַטאָג אוּן בּײַנאַכט, — װעֶל איִך דעֶר יוׂרֵש זײַן. געֶהט אַרוׂיס אַ בַּת־קוׂל פוּן היִמעֶל אוּן רוּפט אוׂיס: ניִט דעֶר װעֶט ירְש׳עֶנעֶן, ניִט — יעֶנעֶר!

קוּמט דעֶר שָׂטָן אַנקעֶגעֶן אַבְרָהָם׳ן פעֶרשטעֶלט װיִ אַן אַלטעֶר מאַן אוּן פרעֶגט:

¹) דעֶם בּעֶשאַפעֶר פוּן דעֶר װעֶלט.

↤ 25

װאוּהיִן געֶהסטוּ?

— איִך געֶה מִתְפַּלֵל זײַן.

— צוּ װאָס־זשעֶ דאַרפסטוּ אַ חַלֶף מיִט האָלץ אוּן פײַעֶר?

— אֶפְשַר װעֶלעֶן מיִר זיִך דאָרט פעֶרזוׂימעֶן, װעֶלעֶן מיִר שעֶכטעֶן אוּן בּאַקעֶן אוּן עֶסעֶן.

— אוׂי דוּ אַלטעֶר נאַר! — מאַכט צוּ איִהם דעֶר שָטָן — איִך װײֵס װאוּהיִן דוּ געֶהסט. קוׂים צוּ הוּנדעֶרט יאָהר דעֶרלעֶבּט אַ קיִנד — װיִלסטוּ איִהם איִצט אוּמבּרײֵנגעֶן!

— גאָט האָט אַזוׂי בּעֶפוׂילעֶן.

װײַזט זיִך דעֶר שָטָן צוּ יִצְחָק׳ן איִן געֶשטאַלט פוּן אַ יוּנגעֶנמאַן אוּן פרעֶגט:

— װאוּהיִן געֶהסטוּ?

— לעֶרנעֶן תּוׂרָה.

— לעֶבּעֶדיִגעֶר־הײֵד, ציִ נאָכ׳ן טוׂיט?...

— װאָס הײֵסט נאָכ׳ן טוׂיט?

— אוׂי, אַ רַחְמָנוּת אוׂיף דיִר, אַ רַחְמָנוּת אוׂיף דײַן מאַמעֶן! װיִפיִעל תַּעֲנֵיתִים האָט זיִ נעֶבּיִך געֶפאַסט, װיִפיִעל טרעֶהרעֶן פעֶרגאָסעֶן, בּיִז זיִ האָט דיִך געֶבּוׂירעֶן! איִצט איִז דעֶר אַלטעֶר פוּן זיִנעֶן אַראָפּ, אוּן פיִהרט דיִך צוּ דעֶר שְחִיטָה!

— דעֶם טאַטעֶנס װיִלעֶן איִז מִסְתָּמָא גאָט׳ס װיִלעֶן — האַקט איִהם אָפּ יִצְחָק, אוּן װעֶנדעֶנדיִג זיִך צוּ אברהם׳ן זאָגט עֶר: העֶר נוּר, טאַטעֶ, װאָס דעֶר זאָגט!

— װײֵס איִך, מאַך זיִך דעֶרפוּן ניִשט אוׂיסעֶן.

װיִ דעֶר שטן האָט געֶזעֶהן, אַז עֶר קעֶן זײֵ ניִט איִבּעֶררעֶדעֶן, נעֶהמט עֶר אוּן פעֶרװאַנדעֶלט זיִך איִן אַ טיִעפעֶן טײַך אוּן פעֶרצוׂימט זײֵ דעֶם װעֶג. איִז אַברהם אַרײַן בּיִז דיִ קניִה איִן װאַסעֶר אוּן געֶזאָגט דיִ יוּנגעֶן: געֶהט מיִר נאָך. דאָס װאַסעֶר אָבּעֶר האָט זיִך װאָס װײַטעֶר מעֶהר אוׂיפגעֶהוׂיבּעֶן אוּן איִן מיִטעֶן טײַך האָט עֶס דעֶרלאַנגט בּיִז׳ן האַלז.

— רִבּוׂנוׂ־שֶל־עוׂלָם: — האָט אברהם אוּסגעֶשריִגעֶן אוׂיפהעֶבּעֶנדיִג דיִ אוׂיגעֶן צוּ׳ם היִמעֶל — איִך געֶה איִן דײַן שְׁלִיחוּת, הײֵליִגעֶן דײַן נאָמעֶן װיִל איִך, העֶלף מיִר אַרוׂיס, „בָּאוּ מַיִם עַד נֶפֶש” — דאָס װאַסעֶר דעֶרלאַנגט שוׂין בּיִז׳ן האַלז!

האָט גאָט אָנגעֶשריִגעֶן אוׂיפ׳ן טײַך — אוּן עֶר האָט בּאַלד אוׂיסגעֶטריִקעֶנט. װײַזט זיִך דעֶר שָטָן װיִדעֶר צוּ אַברהם׳ן אוּן גיִט איִהם אַ זאַג: איִך האָבּ אַ קלאָרעֶ יְדִיעָה פוּן אוׂיבּעֶן, אַז דײַן גאַנצעֶ מיִה איִז אַרוׂיסגעֶװאָרפעֶן. ↰ 26 ס׳האָט זיִך אָנגעֶהוׂיבּעֶן מיִט יִצחק׳ן אוּן אוׂיסלאָזעֶן װעֶט זיִך עֶס מיִט אַ שעֶפּס.

עֶנטפעֶרט איִהם אַברהם: אַ ליִגנעֶר האָט שוׂין אַזאַ מַזָל — עֶר מעֶג זאָגעֶן אֱמֶת גלוׂיבּט מעֶן איִהם ניִשט.

איִן דעֶר צײַט האָט גאָט אַ װאוּנק געֶטהוּן צוּ דיִ בּעֶרג װאָס ריִנגלעֶן־אַרוּם דיִ טהאָל־געֶגעֶנד, זײֵ זאָלעֶן זיִך צוּנוׂיפנעֶהמעֶן אוּן זיִך צוּזאַמעֶנגיִסעֶן איִן אײֵן בּאַרג, אַ הוׂיכעֶר שעֶהנעֶר פּלאַץ װאוּ דיִ שְכִינָה זאָל רוּהעֶן.

אוׂיפ׳ן דריִטעֶן טאָג הוׂיבּט־אוׂיף אַברהם דיִ אוׂיגעֶן אוּן װעֶרט עֶרשטוׂינט: עֶר האָט דיִ געֶגעֶנד ניִט דעֶרקעֶנט.

— װאָס זעֶהסטוּ דאָרט איִן דעֶר װײַט? — פרעֶגט עֶר יִצְחָק׳ן.

— איִך זעֶה אַ הוׂיכעֶן שעֶהנעֶם בּאַרג מיִט אַ װאָלקעֶן פעֶרשלײֵעֶרט.

— אוּן איִהר זעֶהט עֶפּיִס ? — פרעֶגט אַברהם דיִ יוּנגעֶן.

— גאָר ניִט זעֶהעֶן מיִר, הוׂילעֶ מִדְבָּרִיוׂת.

— אוׂיבּ אַזוׂי — זאָגט זײֵ אַברהם — בּלײַבּט איִהר מיִט׳ן עֵזעֶל זיִצעֶן דאָ...

„אוּן אַברהם האָט געֶנוּמעֶן דאָס האָלץ פאַר׳ן קָרְבָּן אוּן אַרוׂיפגעֶלעֶגט אוׂיף זײַן זוּהן יִצחק” — אוּן ס׳האָט אוׂיסגעֶזעֶהן װיִ אַ פעֶר׳מִשְפִּט׳עֶר צוּם טוׂיט טראָגט זײַן קרײַץ־תְּלִיָה אוׂיפ׳ן אײֵגעֶנעֶם אַקסעֶל.

ניִט־געֶזעֶהן איִן אַברהם׳ס האַנד קײַן זאַך פאַר אַ קָרְבָּן, איִז אַ גרוׂיסעֶר שרעֶק בּעֶפאַלעֶן יִצחק׳ן.

— טאַטעֶ — האָט עֶר אַ מיִט ציִטעֶר געֶפרעֶגט — דאָ האָסטוּ האָלץ מיִט פײַעֶר, אוּן דיִ שעֶפּס צוּם קרבּן װאוּ איִז?

— דוּ בּיִסט עֶס, מײַן זוּהן. גאָט האָט דיִך אוׂיסגעֶװעֶהלט.

— אוׂיבּ אַזוׂי איִז גאָט׳ס רָצוׂן, בּיִן איִך גרײֵט. אוׂיף דעֶר מאַמעֶן אָבּעֶר טהוּט מיִר װעֶה דאָס האַרץ.

געֶקוּמעֶן אוׂיפ׳ן אָרט, זאָגט יִצחק צוּ אַברהם׳ן:

— פאָטעֶר ליִעבּעֶר! טהוּ־אָפּ גיִכעֶר דײַן בּעֶשעֶפעֶר׳ס װיִלעֶן אוּן פעֶרבּרעֶן מיִך גוּט, אוּן מײַן אַש גיִבּ אָפּ דעֶר מאַמעֶן — װעֶט עֶס איִהר זײַן אַ אַנדעֶנק פוּן איִהר געֶאָפּפעֶרטעֶן בֶּן־יָחִיד, איִהר אײֵנציִגעֶ טרעֵסט... טאַטעֶ, װאָס װעֶט איִהר טהוּן אוׂיף דיִ עֶלטעֶרעֶ יאָהרעֶן?

— מיִר װעֶלעֶן עֶס לאַנג ניִט אַריִבּעֶרטראָגעֶן — האָט אַברהם געֶעֶנטפעֶרט — מיִר װעֶלעֶן אוׂיך בּאַלד שטאַרבּעֶן. דעֶר גאָט, װאָס האָט אוּנז בּיִז איִצט געֶטרעֵסט, װעֶט אוּנז טרעֵסטעֶן בּיִז אוּנזעֶר טוׂיט.

זאָגט יִצחק װײַטעֶר:

↤ 27

— בּיִנד מיִר העֶנד אוּן פיִס. װײַל דיִ נְשָׁמָה איִז פעֶרשײַט אוּן שטעֶלט זיִך אַקעֶגעֶן, אוּן אַז איִך װעֶל דעֶרזעֶהן דעֶם חַלֶף אוׂיפ׳ן האַלז קעֶן איִך זיִך אַ צאַפּעֶל טהוּן אוּן בּעֶקוּמעֶן אַ מוּם ¹) — װעֶט דעֶר קָרְבָּן פָּסוּל װעֶרעֶן.

האָט איִהם אַברהם געֶבּוּנדעֶן, אוּן יִצחק בּעֶט זיִך װײַטעֶר:

— זאָג ניִט אָן דעֶר מוּטעֶר, בְּעֵת זיִ שטעֶהט בּײַ׳ם בּרוּנעֶן אָדעֶר אוׂיפ׳ן דאַך, װײַל זיִ קעֶן זיִך נאָך פוּן גרוׂיס צַעַר דאָס לעֶבּעֶן נעֶהמעֶן.

האָט איִהם אַברהם אַרוׂיפגעֶלעגט אוׂיפ׳ן מִזְבֵּחַ מיִט׳ן פָּנִים אַרוׂיף אוּן געֶנוּמעֶן דעֶם חַלֶף איִן האַנד.

טיִעף האָט זיִך יִצחק פעֶרקוּקט איִן דיִ הוׂיכעֶ בּלוׂיעֶ היִמלעֶן, אוּן טיִעף האָבּעֶן זיִך אײַנגעֶקוּקט דיִ אוׂיגעֶן פוּן טאַטעֶן איִן דיִ אוׂיגעֶן פוּנ׳ם זוּהן. מיִט שטיִלעֶ טרעֶהרעֶן האָט זיִך אַברהם בּעֶגאָסעֶן.

דיִ האַנד זײַנעֶ, אוׂיפגעֶהוׂיבּעֶן איִבּעֶר׳ן זוּהנ׳ס האַלז, האָט אַ ציִטעֶר געֶטהוּן אוּן דעֶר חלף איִז דוּרכ׳ן שָׂטָן׳ס אַ שטוׂיס פוּן האַנד אַרוׂיסגעֶפאַלעֶן. אַברהם האָט זיִך אײַנגעֶבּוׂיגעֶן איִהם אוׂיפצוּהײֵבּעֶן — אוּן אַ בּיִטעֶר געֶװײֵן האָט זיִך בּײַ איִהם פוּן האַרצעֶן אַרוׂיסגעֶריִסעֶן. פעֶרצװײֵפעֶלט איִז עֶר מיִט׳ן מעֶסעֶר איִן האַנד שטעֶהן־געֶבּליִבּעֶן, געֶזוּכט מיִט דיִ אוׂיגעֶן דִי שְׁכִינָה אוׂיף דיִ בּעֶרג, אוׂיף היִלף פוּן דאָרט אַרוׂיסגעֶקוּקט.

איִן דעֶר מיִנוּט האָט זיִך דעֶר היִמעֶל געֶשפּאַלטעֶן אוּן יִצחק האָט דוּרכ׳ן נעֶבּעֶל ²) דעֶרזעֶהן, װיִ דיִ מַלְאָכִים שטעֶהעֶן שוּרות־װײַז אוּן װײֵנעֶן מיִט פײַעֶרדיִגעֶ טרעֶהרעֶן, בּעֵטעֶן רַחְמִים אוׂיף אַברהם׳ס בֶּן־יָחִיד.

בּאַלד איִז אַרוׂיס אַ בַּת־קוׂל אוּן אוׂיסגעֶרוּפעֶן:

— שטרעֶק ניִט אוׂיס דײַן האַנד צוּם קיִנד, אוּן טהוּ איִהם גאָרניִט!

פרעֶגט אַברהם:

— װעֶר בּיִסטוּ!!

— אַ מַלְאָך!

— אוׂיבּ אַזוּ — עֶנטפעֶרט אַברהם — פאָלג איִך ניִט. גאָט אַלײֵן האָט מיִר געֶהײֵסעֶן: אָפּפעֶר דײַן קיִנד, — זאָל עֶר אַלײֵן קוּמעֶן אוּן אָפּרוּפעֶן זײַן בּעֶפעֶהל.

האָט גאָט בּאַלד געֶעֶפעֶנט דעֶם היִמעֶל אוּן צוּשפּרײֵט דעֶם נעֶבּעֶל אוּן געֶזאָגט צוּ אַברהם׳ן:

¹) אַ שעֶדיִגוּנג, װעֶרעֶן אַ קאַליִקעֶ אוׂיף אַ װעֶלכעֶן אבר. ²) טוּמאַן, געֶדיִכטעֶ דאַמפּף איִן דעֶר לוּפטעֶן.

↤ 28

— איִך שװעֶר בּײַ מײַן נאָמעֶן, אַז פאַר דײַן גוּטעֶן װיִלעֶן װעֶל איִך דיִך בּעֶנשעֶן אוּן דײַנעֶ קיִנדעֶר װעֶלעֶן זײַן װיִ דיִ זאַמד בּײַ׳ם בּרעֶג יַם אָהן אַ שיִעוּר אוּן אָהן אַ צאָהל.

זאָגט אָברהם:

— דוּ האָסט געֶשװאָרעֶן — שװעֶר איִך אוׂיך: איִך װעֶל ניִט אָפּטרעֶטעֶן פוּן דאַנעֶן, בּיִז דוּ װעֶסט עֶרפיִלעֶן מײַן געֶבּעֶט! אַז מײַן יִצחק׳ס קיִנדעֶר װעֶלעֶן זיִנדיִגעֶן, אוּן צרוׂת װעֶלעֶן אוׂיף זײֵ קוּמעֶן, זאָלסטוּ זיִך דעֶרמאָהנעֶן דיִ עֲקֵדָה אוּן פעֶרגעֶבּעֶן זײֵעֶרעֶ זיִנד אוּן אוׂיסלײֵזעֶן זײֵ פוּן אַלעֶ צָרוׂת.

עֶנטפעֶרט גאָט:

— דוּ האָסט דײַנס געֶזאָגט אוּן איִך װעֶל זאָגעֶן מײַנס: אַז דײַנעֶ אײֵניִקלעֶך װעֶלעֶן פעֶרזיִנדיִגטעֶ זיִך שטעֶלעֶן פאַר מײַן מִשְׁפָּט איִן ראשׁ־הַשָׁנָה, אוּן װעֶלעֶן בּעֵטעֶן איִך זאָל זײֵ דעֶם זְכוּת ¹) פוּן עֲקֵדָה דעֶרמאָהנעֶן, זאָלעֶן בּלאָזעֶן מיִט דעֶם שׁוׂפָר.

— װעֶלכעֶן שׁוׂפר?

— קוּק זיִך אוּם — װעֶסטוּ זעֶהן.

האָט אַברהם דעֶרזעֶהן אַ װיִדעֶר ²), פעֶרפּלאָנטעֶט מיִט דיִ העֶרנעֶר איִן אַ צװײַג; קוׂים זיִך אַרוׂיסגעֶריִסעֶן, — אוּן װײַטעֶר זיִך פעֶרפּלאָנטעֶט פוּן צװײַג צוּ צװײַג, פוּן שטרוׂיך ³) צוּ שטרוׂיך, פוּן בּוׂים צוּ בּוׂים.

אוּן גאָט האָט געֶזאָגט צוּ אַברהם׳ן:

— אַזוׂי װעֶט מיִט דײַנעֶ קיִנדעֶר פּאַסיִרעֶן: פעֶרפּלאָנטעֶט איִן זיִנד אוּן פעֶרדרעֶהט מיִט אַלעֶ אוּמוׂת אוּן קעֶניִגרײַכעֶן: פוּן בָּבֶל איִן מָדַי, פוּן מדי איִן יָוָן ⁴), פוּן יון איִן אֶדוׂם ⁵)...

— רִבּוׂנוׂ שֶׁל עוׂלָם: שוׂין־זשעֶ װעֶט עֶס אַזוׂי אײֵבּיִג דוׂיעֶרעֶן?!

— נײֵן! צוּלעֶצט װעֶלעֶן זײֵ אוׂיסגעֶלײֵזט װעֶרעֶן בּײַ׳ם שאַל פוּן דעֶם װיִדעֶר־האָרן:

„גאָט װעֶט מיִט׳ן שוׂפר שאַלעֶן,
אוּן עֶרשײַנעֶן מיִט׳ן שטוּר׳ם־װיִנד פוּן דרוׂם”.

¹) פעֶרדיִנסט. ²) בּאַראַן. ³) קוּסט, ניִדעֶריִג בּוׂימעֶלעֶ. ⁴) גריִכען־לאַנד. ⁵) רוׂים.

אַבְרָהָם׳ס טוׂיט.

אַ טײַעֶרעֶר בּריִליִאַנט איִז בּעֶהאַנגעֶן בּײַ אַברהם׳ן אוׂיפ׳ן האַלז, װיִ אַ ↰ 29 חוׂלֶה האָט איִהם דעֶרזעֶהן, איִז עֶר בּאַלד געֶהײֵט געֶװאָרעֶן. אַז אַברהם איִז געֶשטאָרבּעֶן האָט גאָט דעֶם בּריִליִאַנט אוׂיפגעֶהאַנגעֶן אוׂיף דעֶר זוּן. דעֶריִבּעֶר פיִהלט זיִך יעֶדעֶר קראַנקעֶר בּײַטאָג פיִעל בּעֶסעֶר, װיִ בּײַנאַכט.

סְדוׂם.

דיִ מעֶנשעֶן פוּן סְדוׂם זעֶנעֶן פאַר גרוׂיט װאוׂילטאָג געֶװעֶן שלעֶכטעֶ אוּן זיִנדיִגעֶ. קײַנמאָל האָבּעֶן זײֵ ניִשט געֶװיִסט פוּן מיִה אוּן פוּן זאָרג. דאָס לאַנד זײֵעֶרס איִז געֶבּעֶנשט געֶװעֶן מיִט אַלעֶס גוּטס; רײַכעֶ תְּבוּאוׂת אוׂיף דיִ פעֶטעֶ פעֶלדעֶר, גאָלד אוּן זיִלבּעֶר בְּשֶפַע, דיִמאַנטעֶן אוּן בּריִליִאַנטעֶן אָהן אַ צאָהל, — האָבּעֶן זײֵ פעֶרגעֶסעֶן איִן רעֶכט אוּן יוׂשֶר, אוּן האָבּעֶן גאָט׳ס געֶרעֶכטעֶ געֶזעֶצעֶן פעֶרקריִמט אוּן פעֶרדרעֶהט אוּן אוׂיף זײֵעֶרעֶ אײֵגעֶנעֶ שלעֶכטעֶ אוּן װיִלדעֶ פעֶרבּיִטעֶן.

פיִער ריִכטעֶר האָבּעֶן זײֵ געֶהאַט, אײֵנעֶר האָט געֶהײֵסעֶן: ליִגנעֶר, דעֶר אַנדעֶרעֶר — שװיִנדלעֶר, דעֶר דריִטעֶר — פעֶלשעֶר, דעֶר פעֶרטעֶר — דרעֶהעֶר. האָבּעֶן זײֵ אַרוׂיסגעֶגעֶבּעֶן תַּקָנוׂת ¹), פוּל מיִט ליִגעֶן אוּן שװיִנדעֶל, פאַלשקײַט אוּן דרעֶהעֶרײַ:

אַז אײֵנעֶר האָט אָבּגעֶהאַקט אַן אוׂיעֶר בּײַ אַ פרעֶמדעֶן עֵזעֶל, האָט מעֶן איִהם דעֶם גאַנצעֶן עֵזעֶל אַװעֶקגעֶגעֶבּעֶן, בּיִז דעֶר אוׂיעֶר װעֶט װיִדעֶר אָפּװאַקסעֶן.

איִז אײֵנעֶר געֶקוּמעֶן איִן געֶריִכט, זיִך בּעֶקלאָגעֶן אוׂיפ׳ן צװײֵטעֶן, אַז עֶר האָט איִהם צוּבּלוּטיִגט, האָט מעֶן איִהם געֶזאָגט: צוּ רְפוּאָה! יעֶנעֶר האָט דיִר געֶלאָזעֶן בּלוּט ²) — בּעֶצאָהל איִהם דעֶרפאַר פיִעֶר גיִלדעֶן!

דעֶר װאָס פעֶרמאָגט אײֵן אָקס, דאַרף פיִטעֶרעֶן דיִ ריִנדעֶר פוּן גאַנץ שטאָדט אײֵן טאָג, אוּן דעֶר װאָס האָט קײַן אײֵגעֶנעֶם אָקס גאָרניִט, — דאַרף פיִטעֶרעֶן צװײֵ טעֶג.

איִז דאָרט געֶװעֶן אַ יָתוׂם, אַ זוּהן פוּן אַן אַלְמָנָה, װאָס האָט קײַן אײֵגעֶנעֶם אָקס ניִט געֶהאַט, — האָט מעֶן איִהם געֶהײֵסעֶן פיִטעֶרעֶן דיִ שטאָדט־אָקסעֶן צװײֵ טעֶג. נעֶהמט עֶר אוּן צוּשעֶכט אַלעֶ אָקסעֶן אוּן רוּפט אוׂיס:

¹) רעֶגעֶלעֶן, בּעֶשטוּמעֶנגעֶן, װיִ אַזוׂי מעֶן דאַרף זיִך אוׂיפפיִהרעֶן. ²) אָמאָליִנגעֶ דאָקטוׂיריִם פלעֶגעֶן זעֶהר פיִעֶל „לאָזעֶן בּלוּט” פוּן רְפוּאָה װעֶגעֶן: שטעֶלעֶן פּיִאַװקעֶס, געֶהאַקטעֶ בּאַנקעֶס, אָדעֶר אַזוׂי „צוּ אָדעֶר לאָזעֶן”.

— דעֶר װאָס האָט געֶהאַט אײֵן אָקס זאָל נעֶהמעֶן אײֵן פעֶל דעֶר ↰ 30 װאָס האָט גאָר קײַן אָקס ניִט געֶהאַט, — זאָל נעֶהמעֶן צװײֵ פעֶל! װיִ דאָס פיִטעֶרעֶן אַזוׂי דאָס טהײֵלעֶן!

דעֶר װאָס איִז אַריִבּעֶרגעֶגאַנגעֶן דיִ בּריִק — האָט געֶדאַרפט בּעֶצאָהלעֶן פיִעֶר גיִלדעֶן בּריִק־געֶלד, אוּן דעֶר װאָס האָט אוׂיסגעֶמײַדט דיִ בּריִק אוּן אַריִבּעֶר דעֶם טײַך איִן װאַסעֶר, האָט געֶמוּזט בּעֶצאָהלעֶן — אַכט ניִלדעֶן.

אײֵנמאָל איִז אַהיִן געֶקוּמעֶן דוּרכ׳ן טײַך אַ װעֶשעֶר, חאַפּט מעֶן איִהם אוּן מעֶן הײֵסט איִהם בּעֶצאָהלעֶן פיִעֶר גיִלדעֶן בּריִק־געֶלד, טַעֲנֶה׳ט עֶר:

— איִך האָבּ דאָך דיִ בּריִק אוׂיסגעֶמײַדט אוּן געֶגאַנגעֶן גלײַך איִן װאַסעֶר!

— אוׂיבּ אַזוׂי, — בּעֶצאָהל־זשעֶ אַכט גיִלדעֶן.

װיִל עֶר ניִט בּעֶצאָהלעֶן, — צוּבּלוּטיִגט מעֶן איִהם אוּן דעֶר שוׂפט שװיִנדלעֶר הײֵסט איִהם בּעֶצאָהלעֶן נאָך פיִעֶר גיִלדעֶן פאַר בּלוּט־לאָזעֶן.

אֱלִיעֶזֶר איִן סְדוׂם.

אֱלִיעֶזֶר, אַבְרָהָם׳ס קנעֶכט, איִז אַמאָל געֶקוּמעֶן קײַן סְדוׂם, האָט מעֶן איִהם געֶשלאָגעֶן אוּן אַװעֶקגעֶפיִהרט צוּם ריִכטעֶר. זאָגט דעֶר ריִכטעֶר: בּעֶצאָהל פאַר בּלוּט לאָזעֶן. נעֶהמט אֱלִיעֶזר אַ שטײֵן אוּן צוּבּלוּטיִגט מיִט איִהם דעֶם ריִכטעֶר אוּן זאָגט:

— דיִ פיִער גיִלדעֶן, װאָס קוּמעֶן מיִר איִצט פוּן דיִר — בּעֶצאָהל איִהם פאַר מיִר, אוּן מײַנעֶ פּאָר גראָשעֶן בּלײַבּעֶן בּײַ מיִר איִן בּײַטעֶל.

נאָך אַ מִנְהָג איִז בּײַ זײֵ געֶװעֶן: װעֶר עֶס האָט פעֶרבּעֵטעֶן אַ פרעֶמדעֶן גאַסט צוּם טיִש, האָט מעֶן בּײַ איִהם צוּגעֶנוּמעֶן דעֶם מאַנטעֶל, כְּדֵי יעֶדעֶר זאָל מוׂרָא האָבּעֶן אוּן ניִט אײַנלאַדעֶן קײַן פרעֶמדעֶ געֶסט.

אײֵנמאָל קוּמט אליעֶזר אַרײַן צוּ זײֵ איִן גאַסט־הוׂיז אוּן טרעֶפט דיִ סְדוׂם־לײַט זיִצעֶן בּײַ׳ן מאָהלצײַט אוּן קײֵנעֶר בּעֶט איִהם ניִט עֶסעֶן. זעֶצט עֶר זיִך אַלײֵן בּײַם עֶק טיִש אוּן זאָגט צוּ זײַן שָׁכֵן: אַז מעֶן װעֶט מיִך פרעֶגעֶן װעֶל איִך זאָגעֶן, אַז דוּ האָסט מיִך אײַנגעֶלאַדעֶן. דעֶרהעֶרט דאָס, האָט זיִך יעֶנעֶר דעֶרשראָקעֶן, מעֶ זאָל בּײַ איִהם דעֶרפאַר דעֶם מאַנטעֶל ניִשט צוּנעֶהמעֶן, — שטעֶהט עֶר אוׂיף פוּן טיִש, חאַפּט דעֶם מאַנטעֶל אוּן אַנטלוׂיפט. אַזוׂי האָט אליעֶזר אָפּגעֶטהוּן דעֶם צװײֵטעֶן אוּן דעֶם רריִטעֶן אוּן אַזוׂי װײַטעֶר, — בּיִז זײֵ זעֶנעֶן זיִך אַלעֶ צוּלאָפעֶן, אוּן דיִ גאַנצעֶ סְעוּדָה איִז געֶבּליִבּעֶן פאַר איִהם אײֵנעֶם.

אַ בּעֶטעֶל איִז געֶװעֶן איִן סדוׂם פוּן געֶסט װעֶגעֶן. איִז דעֶר גאַסט ↰ 31 געֶװעֶן צוּ לאַנג — האָט מעֶן איִהם אוּנטעֶרגעֶהאַקט דיִ פיִס; איִז עֶר געֶװעֶן צוּ קוּרץ — האָט מעֶן איִהם אוׂיסגעֶצוׂיגעֶן.

אײֵנמאָל קוּמט אַהיִן אליעֶזר, אוּן מעֶן װײַזט איִהם אָן דאָס סדוׂם־בּעֶטעֶל, עֶר זאָל זיִך דאָרט לעֵגעֶן שלאָפעֶן. עֶנטפעֶרט עֶר:

— זיִנט מײַן מוּטעֶר איִז געֶשטאָרבּעֶן, האָבּ איִך אַ נֵדֶר געֶטהוּן, איִך זאָל קײֵנמאָל אוׂיף אַ בּעֶט ניִט שלאָפעֶן.

דעֶר סְדוׂם׳עֶר מַכְנִיס־אוׂרַח ¹).

אײֵנמאָל איִז דוּרכגעֶפאָהרעֶן דוּרך סדוׂם אַ װאַנדעֶרעֶר, װאָס בּײַ איִהם אוׂיפ׳ן עֵזעֶל איִז געֶליִגעֶן צוּגעֶבּוּנדעֶן מיִט אַ זײֵדעֶנעֶר שנוּר אַ טײַעֶרעֶר, פּראַכט־שעֶהנעֶר קאָליִרטעֶר טעֶפּיִך. האָט איִהם אײֵנעֶר פוּן דיִ סדוׂם־לײַט צוּ זיִך אַ הײֵם אוׂיף נאַכטלעֶגעֶר אײַנגעֶלאַדעֶן. צװײֵ טעֶג דוּרכאַנאַנד האָט איִהם דעֶר סְדוׂם׳עֶר מַכְנִיס־אוׂרַח ניִשט אָפּגעֶלאָזט. אוׂיפ׳ן דריִטעֶן טאָג איִן דעֶר פריִה װעֶן דעֶר גאַסט האָט עֶנדליִך זיִך געֶנוּמעֶן קלײַבּעֶן איִן װעֶג אַרײַן, בּעֶט עֶר דעֶם בַּעַל־הַבַּיִת דעֶם טעֶפּיִך אַרוׂיסגעֶבּעֶן מיִט דעֶר זײֵדעֶנעֶר שנוּר אוּן איִהם אָפּלאָזעֶן. יעֶנעֶר האָט אוׂיף איִהם פעֶרװאוּנדעֶרט אַ פּאָר אוׂיגעֶן אָנגעֶשטעֶלט, װיִ עֶר װאָלט ניִשט קלאָר פעֶרשטאַנעֶן פוּן װאָס האַנדעֶלט זיִך דאָ:

— אַ טעֶפּיִך, זאָגסטוּ, װאָס פאַר אַ טעֶפּיִך ? װעֶלכעֶר טעֶפּיִך? אַהאַ, איִך שטוׂיס מיִך אָן, דיִר האָט זיִך אַװַדְאִי הײַנטיִגעֶ נאַכט אַ טעֶפּיִך געֶ׳חָלוׂם׳ט. אַ קאָליִרטיִר, זאָגסטוּ, נאָך מיִט אַ זײֵדעֶנעֶר שנוּר דעֶרצוּ — דאָס איִז זעֶהר אַ גוּטעֶר חָלוׂם, ליִעבּעֶר פרײַנד, עֶס װײַזט צוּ גוּטעֶן. דיִ שנוּר בּעֶװײַזט אוׂיף לאַנגעֶ יאָהר אוּן דעֶר קאָליִרטעֶר טעֶפּיִך בּעֶטײַט, אַז גאָט װעֶט דיִר בּעֶשעֶהרעֶן אַ טײַעֶרעֶן שעֶהנעֶם גאָרטעֶן מיִט אַלעֶרלײֵ מִינֵי בּלוּמעֶן אוּן פרוּכט־בּײֵמעֶר. אָט דאָס איִז, ליִעבּעֶר פרײַנד, דעֶר אֶמֶת׳עֶר פִּתְרוׂן ²) פוּן דײַן חָלוׂם.

— װאָס פאַר אַ חלוׂם? װעֶלכעֶר חלוׂם? — שרײַט נעֶבּיִך דעֶר גאַסט — בּײַ דיִר ליִגט מײַן טעֶפּיִך, אַ אֶמֶת׳עֶר טעֶפּיִך, װאָס איִך מיִט מײַנעֶ אײֵגעֶנעֶ העֶנד האָבּ דיִר געֶגעֶבּעֶן בּעֶהאַלטעֶן אוׂיף דעֶר װאָהר.

געֶהט מעֶן צוּם ריִכטעֶר. אוׂיסגעֶהעֶרט בּײֵדעֶ צְדָדִים ³), װעֶנדעֶט זיִך דעֶר ריִכטעֶר צוּם גאַסט מיִט דיִ װעֶרטעֶר:

¹) געֶסט־אוׂיפנעֶהמעֶר. ²) בּעֶשײֵדוּנג, אוׂיסדײַטוּנג. ³) זײַטעֶן.

— דאַרפסט װיִסעֶן, ליִעבּעֶר מעֶנש, אַז אָט דעֶר לײַטיִשעֶר בַּעַל־הַבַּית, װאָס האָט דיִך אַזוׂי שעֶהן אוׂיפגעֶנוּמעֶן, איִז שוׂין לאַנג בּעֶװאוּסט איִן ↰ 32 אוּנזעֶר גאַנצעֶן קאַנט פאַר אַ גרוׂיסעֶן מוּמְחֶה ¹) אוׂיסצוּטײַטשעֶן חֲלוׂמוׂת. אוּן הֱיוׂת עֶר האָט אַזוׂי גוּט פּוׂתֵר־חָלוׂם געֶװעֶן, בּיִזטוּ מְחוּיָב איִהם צוּ בּעֶצאָהלעֶן דעֶרפאַר מְזוּמָנ׳עֶ פיִער גיִלדעֶן. דאָס איִז עַל פִּי דִין. אוּן פאַר דעֶם װאָס דוּ האָסט בּײַ איִהם צװײֵ טעֶג געֶגעֶסעֶן אוּן געֶטריִנקעֶן, איִז דעֶר יוׂשֶר זאָלסט איִהם אָפּצאָהלעֶן, װאָס עֶר האָט זיִך אוׂיף דיִר געֶלאָזט קאָסטעֶן, בּיִז אײֵן גראָשעֶן.

סְדוׂם׳עֶר נְדָבוׂת.

איִז אַמאָל אַן אָריִמאַן געֶקוּמעֶן איִן סדוׂם, פלעֶגט איִהם יעֶדעֶר שעֶנקעֶן אַ רעֶנדעֶל, אָנגעֶשריִבּעֶן דעֶרוׂיף זײַן נאָמעֶן בְּפֵירוּש: פְּלוׂניִ בֶּן פְּלוׂנִי ²), נאָר קײַן בּרוׂיט האָט איִהם קײֵנעֶר ניִשט געֶגעֶבּעֶן, אוּן פוּן שטאָדט האָט מעֶן איִהם ניִשט אַרוׂיסגעֶלאָזט, בּיִז עֶר שטאַרבּט פוּן הוּנגעֶר. נאָך זײַן טוׂיט פלעֶגט יעֶדעֶר קוּמעֶן אוּן צוּריִק זײַן רעֶנדעֶל צוּ־נעֶהמעֶן.

דעֶר גְזַר־דִין.

אײֵנעֶ אַ יוּנג־פרוׂי האָט אַמאָל רַחְמָנוּת געֶהאַט אוׂיף אַן אָריִמאַן אוּן איִהם דעֶרלאַנגט אַ שטיִקעֶל בּרוׂיט, בּעֶהאַלטעֶן איִן אַ קרוּג מיִט װאַסעֶר. איִן דרײַ טעֶג אַרוּם האָבּעֶן דיִ סְדוׂם־לײַלט דעֶרזעֶהן, אַז דעֶר אָריִמאַן איִז ניִט אוׂיסגעֶגאַנגעֶן פוּן הוּנגעֶר, האָבּעֶן זײֵ אָנגעֶהוׂיבּעֶן נאָכשפּיִרעֶן אוּן דעֶרגאַנגעֶן, װעֶר ס׳האָט איִהם בּײַ׳ם לעֶבּעֶן דעֶרהאַלטעֶן. האָבּעֶן זײֵ דיִ יוּנג־פרוׂי אוׂיסגעֶטהוּן נאַקעֶט, בּעֶשמיִרט זיִ מיִט האָניִג אוּן געֶלעֶגט אַ געֶבּוּנדעֶנעֶ אוׂיפ׳ן דאַך, זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן בּיִנעֶן אוּן זיִ צוּבּיִסעֶן אוׂיף טוׂיט.

צװײֵ מעֶדליִך חַבֶר׳טעֶס האָבּעֶן זיִך אײֵנמאָל בּעֶגעֶגעֶנט מיִט זײֵעֶרעֶ קריִגעֶן בּײַ׳ם בּרוּנעֶן.

— װאָס זעֶהסטוּ עֶפּיִס אַזוׂי שלעֶכט אוׂיס? — פרעֶגט אײֵנעֶ דיִ צװײֵטעֶ.

— ניִשטאָ קײַן בּרעֶקיִל בּרוׂיט איִן שטוּבּ — עֶנטפעֶרט יעֶנעֶ — מיִר געֶהעֶן־אוׂיס פאַר הוּנגעֶר.

האָט געֶנוּמעֶן דיִ צװײֵטעֶ, אָנגעֶפוּלט איִהר קרוּג מיִט מעֶהל אוּן זיִך מיִט יעֶנעֶר מיִט דיִ קריִגעֶן געֶבּיִטעֶן. אַז דיִ סדוׂם־לײַט האָבּעֶן עֶס דעֶרשפּיִרט, האָבּעֶן זײֵ דאָס בּאַריִמהעֶרציִגעֶ מעֶדיִל געֶחאַפּט אוּן זיִ פעֶרבּרעֶנט.

¹) קעֶנעֶר,װײֵסעֶר, ספּעֶציִאַליִסט. ²) יעֶנעֶר דעֶר זוּהן פוּן יעֶנעֶם.

↤ 33

דאָס קוׂל פוּן אָט דעֶם מעֵדיִל איִז געֶגאַנגעֶן איִן היִמעֶל אוּן דעֶרלאַנגט בּיִז׳ן כִּסֵא־הַכָּבוׂד ¹).

— איִצט — האָט גאָט געֶזאָגט — קעֶן איִך שוׂין מעֶהר ניִשט צוּזעֶהן אוּן שװײַגעֶן.

אוּן דעֶמאָלט איִז דעֶר גְזַר־דִין אָנגעֶ׳חַתְמ׳עֶט געֶװאָרעֶן.

לוׂט׳ס װײַבּ.

אַז דיִ דרײַ מַלְאָכִים זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן קײַן סְדוׂם, פעֶרשטעֶלט איִן מעֶנש־ליִכעֶ געֶשטאַלטעֶן, אוּן לוׂט האָט זײֵ אַרײַנגעֶנוּמעֶן צוּ זיִך איִן שטוּבּ אוׂיף נאַכט־לעֶגעֶר, איִז זײַן װײַבּ אַװעֶק צוּ אַלעֶ שְׁכֵנִים אוּן געֶזאָגט:

— לײַעט מיִר, איִך בּעֶט אײַך, אַ מעֶסטעֶל זאַלץ, ס׳האָט מיִר פעֶרפעֶהלט צוּם טיִש פאַר דיִ געֶסט װאָס נעֶכטיִגעֶן בּײַ אוּנז.

דאָס האָט זיִ געֶטהוּן בְּכִּיוָן ²), כְּדֵי דיִ סְדוׂם־לײַט זאָלעֶן געֶװאָהר װעֶרעֶן פוּן דיִ געֶסט אוּן זײֵ בּעֶפאַלעֶן.

דעֶרפאַר איִז זיִ געֶשטראָפט געֶװאָרעֶן אוּן אַלײֵן געֶװאָרעֶן אַ שטיִק זאַלץ.

יַעֲקׂב איִן עֵשָׂו.

נאָך איִן דעֶר מוּטעֶר׳ס בּוׂיך האָבּעֶן זיִך דיִ צװײֵ בּריִדעֶר, יַעֲקֹב‎ אוּן עֵשָׂו, צװיִשעֶן זיִך געֶריִסעֶן. איִז דיִ מוּטעֶר רִבְקָה פעֶרבּײַ גאָט׳ס־הוׂיז געֶגאַנגעֶן האָט זיִך יעקב‎ אָנגעֶהוׂיבּעֶן צוּ צאַפּלעֶן, איִז זיִ פעֶרבּײַגעֶגאַנגעֶן אַ הוׂיז פוּן אַ אָפּגאָט איִז עֵשָׂו געֶװאָרעֶן פעֶרצאַפּעֶלט.

פוּן אײֵן מוּטעֶרס בּוׂיך זעֶנעֶן בּײֵדעֶ בּרוּדעֶר אַרוׂיס אוׂיף דעֶר װעֶלט, פוּן אײֵן בּרוּסט מיִלך געֶזוׂיגעֶן, איִן אײֵן הוׂיז עֶרצוׂיגעֶן געֶװאָרעֶן אוּן אײֵן שוּלעֶ בּעֶזוּכט, — דאָך װעֶן זײֵ זעֶנעֶן אוּנטעֶרגעֶװאַקסעֶן אוּן דרײַצעֶניִעֶהריִגעֶ געֶװאָרעֶן, האָט דעֶר פעֶרשײַטעֶר עֵשָׂו זיִך איִן פעֶלד אַװעֶקגעֶלאָזט אוּן דעֶר פרוּמעֶר יעקב‎ איִז שטיִל איִן צעֶלט געֶזעֶסעֶן.

אַזוׂי װאַקסט אַ הָדָס מיִט אַ שטעֶכעֶל אַ צײַט צוּזאַמעֶן, ניִשט צוּ אוּנטעֶרשײֵדעֶן אײֵנעֶם פוּנ׳ם אַנדעֶרעֶן; װאַקסעֶן זײֵ אוּנטעֶר — דעֶר שמעֶקט אוּן דעֶר שטעֶכט.

יִצְחָק׳ס בּליִנדקײַט.

דיִ חֲכָמִים האָבּעֶן געֶזאָגט אַ מָשָׂל:

¹) נאָט׳ס שטוּהל, ²) אוּממיִסטעֶן.

↤ 34

אײֵנעֶר אַ גרוׂיסעֶר מאַן האָט געֶהאַט אַ טײַעֶרעֶן פּאַלאַץ, אוּן דיִ שְכֵנִים אַרוּם פלעֶגעֶן בּרעֶנעֶן הײֵ אוּן שטרוׂי אוּן אָנלאָזעֶן דוּרך דיִ פעֶנסטעֶר אַ פוּלעֶן זאַל מיִט רוׂיך, — נעֶהמט עֶר אוּן פעֶרשלאָגט דיִ פיִנסטעֶר, דעֶר רוׂיך זאָל ניִט קעֶנעֶן צוּקוּמעֶן.

אַזוׂי האָט גאָט געֶזאָגט: עֵשו׳ס װײַבּעֶר רוׂיכעֶרעֶן קְטוׂרֶת פאַר דעֶר עֲבוׂדָה־זָרָה אוּן יִצְחָק האָט דעֶרפוּן גרוׂיס צַעַר — זאָלעֶן בּעֶסעֶר זײַנעֶ אוׂיגעֶן ניִט זעֶהן.

דיִ בְּרָכוׂת.

דיִ עֶרשטעֶ נאַכט פוּן פֶּסַח רוּפט יִצְחָק עֵשָׂו׳ן אוּן זאָגט איִהם:

— דיִ דאָזיִגעֶ נאַכט איִז אַ געֶבּעֶנשטעֶ, דיִ עֶרשטעֶ פריִהליִנג־נאַכט, װעֶן עֶס עֶפעֶנעֶן זיִך דיִ אוׂצרוׂת פוּן טוׂי צוּ בּעֶפריִשעֶן אוּן בּעֶזעֶפטיִגעֶן דיִ פעֶרטריִקעֶנטעֶ עֶרד. דיִ גאַנצעֶ װעֶלט זיִנגט אַ לוׂיבּ דעֶם בּעֶשעֶפעֶר. מאַך מיִר זיִסעֶ שפּײַז — װעֶל איִך דיִך בּעֶנשעֶן פאַר מײַן טוׂיט.

איִז עשו אַװעֶק איִן פעֶלד פאַנגעֶן װיִלדס ¹), — קוּמט דעֶר שָׂטָן אוּן שטעֶרט איִהם: עשו פאַנגט אַ היִרש אוּן בּיִנדט איִהם צוּ צוּ אַ בּוׂים אוּן געֶהט פאַנגעֶן נאָך אײֵנעֶם, — דעֶרװײַל קוּמט דעֶר שׂטן אוּן בּיִנדט־אָפּ דעֶם עֶרשטעֶן. בּרעֶנגט עשו נאָך אַ היִרש אוּן בּיִנדט איִהם צוּ נאָך שטאַרקעֶר, — בּיִז עֶר קוּמט צוּם דריִטעֶן מאָל, האָט שוׂין דעֶר שטן װײַטעֶר אָפּגעֶבּוּנרעֶן. אַזוׂי האָט עֶר זיִך אָפּגעֶדרעֶהט אַ צײַט.

דעֶרװײַל האָט רִבְקָה געֶנוּמעֶן עֵשׂו׳ס טײַעֶרעֶ קלײֵדעֶר אוּן אָנגעֶטהוּן יעקב‎׳ן. דאָס זעֶנעֶן דיִ װאוּנדעֶר־שעֶהנעֶ העֶמדליִך, װאָס אָדָם הָרִאשוׂן האָט געֶטראָגעֶן אוּן עֵשׂו האָט זײֵ איִבּעֶרגעֶנוּמעֶן בּײַ נִמְרוׂד׳ן.

געֶגעֶבּעֶן יעקב‎׳ן איִן דעֶר האַנד צװײֵ געֶבּראָטעֶנעֶ ציִגעֶליִך, האָט רבקה דעֶרבּײַ געֶזאָגט: זוּהן מײַנעֶר, דיִ דאָזיִגעֶ נאַכט איִז אַ געֶבּעֶנשטעֶ, דיִ עֶרשטעֶ פריִהליִנג־נאַכט, װעֶן דיִ אוׂצרוׂת פוּן טוׂי עֶפעֶנעֶן זיִך, היִמעֶל אוּן עֶרד זאָגעֶן שִׁירָה זײַן ליִעבּעֶן נאָמעֶן. געֶה נעֶהם אַ בְּרָכָה בּײַ זײַן פאָטעֶר אײֵדעֶר עֶר געֶהט פוּן דעֶר װעֶלט.

װיִ יעקב‎ איִז אַרײַן איִן דיִ קלײֵדעֶר, האָט יצחק דעֶרשפּיִרט דעֶם רֵיחַ גַן־עֵדֶן, װאָס שמעֶקט פוּן זײֵ, אוּן יעקב‎׳ן אָפּגעֶגעֶבּעֶן דיִ בְּרָכוׂת.

¹) אַ װיִלד בּעֶשעֶפעֶניִש שיִסעֶן.

שפּעֶטעֶר, אַז עשׂו איִז געֶקוּמעֶן צוּם פאָטעֶר, האָט זיִך מיִט זיִן אַרײַנ↰ 35גאַנג דעֶר גֵיהִנָם געֶעֶפעֶנט אוּן יִצחק׳ן האָט זיִך אוׂיסגעֶװיִזעֶן, װיִ דעֶר גיהנם בּרעֶנט אוּן עֵשָׂו הײֵצט איִהם מיִט פּעֶך אוּן שװעֶבּעֶל.

דעֶרציִטעֶרט האָט יִצחק אוׂיסגעֵשריִעֶן: „װאָס טהוּט זיִך דאָ אַרוּם מיִר?” װעֶן איִהם איִז קלאָר געֶװאָרעֶן װאָס דאָ איִז פאָרגעֶקוּמעֶן האָט עֶר עֵשו׳ן געֶזאָגט:

— יאָ, מײַן זוּהן, דעֶר פאַנגעֶר איִז אַלײֵן געֶפאַנגעֶן געֶװאָרעֶן!

װיִ יעקב‎ האָט אוׂיסגעֶנאַרט דיִ בְּרָכוׂת, האָט זיִך עשו אָנגעֶהוׂיבּעֶן צוּ בּעֶריִהמעֶן, אַז עֶר װעֶט איִהם הַרְג׳נעֶן. האָט יִצחק אַװעֶקגעֶשיִקט יעקב‎׳ן קײַן אֲרַם־נַהֲרַיִם אוּן איִהם מיִטגעֶגעֶבּעֶן פיִעֶל גאָלד אוּן זיִלבּעֶר.

אַז עשו האָט זיִך דעֶרפוּן דעֶרװאוּסט, האָט עֶר געֶשיִקט זײַן זוּהן אֱלִיפַז׳ן, עֶר זאָל יעקב‎׳ן דעֶריאָגעֶן, בּעֶרוׂיבּעֶן אוּן הַרְג׳נעֶן. יעקב‎ האָט דעֶרזעֶהן פוּן װײַטעֶן, אַז מעֶן יאָגט איִהם נאָך, האָט עֶר אַװעֶקגעֶװאָרפעֶן דאָס גאָלד אוּן זיִלבּעֶר, כְּדֵי עֶס זאָל איִהם גריִנגעֶר זײַן צוּ אַנטלוׂיפעֶן.

אַזוׂי איִז עֶר געֶלאָפעֶן בּיִז חָרָן. טראַכט עֶר בּײַ זיִך: איִך בּיִן דוּרכגעֶגאַנגעֶן פאַר דעֶם אָרט ¹) , װאוּ מײַנעֶ עֶלטעֶרעֶן האָבּעֶן גאָט געֶבּעֶטעֶן, אוּן זיִך דאָרט אַפילוּ ניִט אָפּגעֶשטעֶלט — מעֶן דאַרף זיִך אוּמקעֶהרעֶן צוּריִק! איִז בּאַלד דיִ עֶרד אוּנטעֶרגעֶשפּרוּנגעֶן — אוּן עֶר איִז שוׂין צוּריִק געֶװעֶן איִן בֵּית־אֵל. האָט עֶר מִתְפַּלֵל געֶװעֶן אוּן געֶװאָלט זיִך לאָזעֶן געֶהן װײַטעֶר, — זאָגט גאָט: דעֶר צַדִיק איִז געֶקוּמעֶן איִן מײַן גאַסט־הוׂיז, װיִ שיִקט זיִך עֶס, איִך זאָל איִהם אָפּלאָזעֶן אָהן נאַכט־לעֶגעֶר? — איִז בּאַלד דיִ זוּהן אוּנטעֶרגעֶגאַנגאַן פאַר דעֶר צײַט.

עֶס קוּמט־אוׂיס װיִ אַ מֶלֶך האָט געֶהאַט אַ גוּטעֶן פרײַנד װאָס פלעֶגט איִהם בּעֶזוּכעֶן זעֶהר זעֶלטעֶן, אײֵנמאָל קוּמט עֶר צוּ איִהם צוּ־גאַסט, רוּפט דעֶר קעֶניִג אוׂיס צוּ זײַנעֶ דיִענעֶר:

— לעֶשט אוׂיס דיִ העֶנגלײַכטעֶר מיִט אַלעֶ לאָמפּעֶן, — מיִט מײַן ליִעבּעֶן פרײַנד װעֶל איִך פעֶרבּרעֶנגעֶן הײֵמליִך ²).

אוּן יעקב‎ האָט אוׂיסגעֶלעֶגט הוׂיכעֶ שוּרוׂת שטײֵנעֶר אַרוּם זיִך צוּ בּעֶשיִצעֶן זיִך פוּן װיִלדעֶ חַיוׂת. האָבּעֶן זיִך דיִ שטײֵנעֶר אָנגעֶהוׂיבּעֶן צוּ קריִגעֶן פאַר׳ן צוּקאָפּעֶן, דעֶר זאָגט: אוׂיף מיִר זאָל דעֶר צַדִיק לעֵגעֶן זײַן קאָפּ, אוּן דעֶר זאָגט — אוׂיף מיִר. נעֶהמט גאָט אוּן מאַכט פוּן אַלעֶ שטײֵנעֶר אײֵן שטײֵן.

¹) בּית־אל. ²) שטיִל, איִנטיִם.

איִן שלאָף האָט יעקב‎ דעֶרזעֶהן אַ חָלוׂם: אוׂיף אַ הוׂיכעֶן לײֵטעֶר פוּנ׳ם ↰ 36 היִמעֶל בּיִז דעֶר עֶרד לאָזעֶן זיִך אַראָפּ אוּן אַרוׂיף מַלְאָכִים — דיִ אוׂיבּעֶרשטעֶ שָׂרִים ¹) פוּן יעֶנעֶ קעֶניִגרײַכעֶן װאָס יעקב‎׳ס קיִנדעֶר װעֶלעֶן שפּעֶטעֶר בּײַ זײֵ איִן גָלוּת זײַן, אוּן מיִט בּײֵזעֶ אוׂיגעֶן האָבּעֶן זײֵ זײַן רוּה געֶשטעֶרט. בּאַלד בּעֶװײַזט זיִך גאָט אוּן פוּן זײַן הוׂיך ²) זעֶנעֶן דיִ בּײֵזעֶ מַלְאָכִים װיִ פליִגעֶן זיִך צוּלאָפעֶן.

אַזוׂי ליִגט איִן זײַן װיִגעֶלעֶ אַ קיִנד אַ בֶּן־מֶלֶך אוּן פליִגעֶן זעֶצעֶן זיִך אוׂיף איִהם אוּן שטעֶרעֶן זײַן שלאָף, בּעֶװײַזט זיִך דיִ טרײַעֶ אַם אוּן בּײֵגט זיִך איִבּעֶר איִהם מיִט׳ן פאָכעֶר — צוּפליִהעֶן זיִ זיִך בּאַלד.

לֵאָה.

לֵאָה האָט געֶהעֶרט װיִ מעֶנשעֶן זאָגעֶן: לָבָן הָאֲרַמִי האָט צװײֵ טעֶכטעֶר אוּן זײַן שװעֶסטעֶר רִבְקָה — צװײֵ זיִהן; דאָס װעֶט זײַן צװײֵ שִדוּכִים: דעֶר בְּכוׂר װעֶט נעֶהמעֶן דיִ עֶלטעֶרעֶ שװעֶסטעֶר אוּן דעֶר צװײֵטעֶר — דיִ יוּנגעֶרעֶ! פרעֶגט זיִך לאה נאָך:

— װאָס איִז דעֶר מעֶהר מיִט׳ן עֶלטעֶרעֶן?

— אַ רָשָע, אַ גַזְלָן!

— אוּן דעֶר יוּנגעֶרעֶר?

— אַ מעֶנש אָהן חָכְמוׂת, — זיִצט זיִך איִן זײַן צעֶלט אוּן טהוּט געֶטרײַ זײַן זאַך.

האָט זיִ טאָג אוּן נאַכט געֶװײֵנט, װאָס זיִ דאַרף אַרײַנפאַלעֶן צוּ דעֶם רָשָע, בּיִז זיִ האָט זיִך אוׂיסגעֶװײֵעֶט דיִ אוׂיגעֶן.

דעֶרפאַר איִז זיִ געֶבּעֶנשט געֶװאָרעֶן מיִט זעֶקס שְבָטִים.

יַעֲקב‎ ראַנגעֶלט זיִך מיִט׳ן מַלְאָך.

צוּריִקגעֶהעֶנדיִג פוּן לָבָנ׳עֶן, איִז יַעֲקב‎ געֶקוּמעֶן צוּם מַעְבר יַבּוׁׂק ³) אוּן אַריִבּעֶרגעֶפיִהרט דיִ פרוׂיעֶן אוּן קיִנדעֶר, שאָף אוּן רעֶדעֶר אוּן דאָס גאַנצעֶ האָבּ אוּן גוּטס, װאָס עֶר האָט מיִטגעֶפיִהרט. אוׂיף יעֶנעֶם בּרעֶג טײַך זעֶנעֶן געֶבּליִבּעֶן נאָר עֶטליִכעֶ קלײֵנעֶ לײֵמעֶנעֶ קריִגליִך. אוּן יעקב‎ האָט געֶזאָגט: יעֶדעֶר חֵפֶץ ⁴) דאַרף זײַן ליִעבּ, װײַל עֶס איִז גאָטס גאָבּ אוּן מעֶנשעֶנס מיִה, ↰ 37 האָט עֶר זיִך אוּמגעֶקעֶהרט נעֶהמעֶן דיִ קריִגליִך. קוּמט מִיכָאֵל הַמַלְאָך אוּן ראַנגעֶלט זיִך מיִט איִהם דיִ גאַנצעֶ נאַכט אוּן קעֶן איִהם ניִט בּײַקוּמעֶן. װיִ עֶס האָט אָנגעֶהוׂיבּעֶן בּעֶגיִנעֶן אוׂיף טאָג, זאָגט מִיכָאֵל צוּ איִהם:

¹) יעֶדעֶס קעֶניִגרײַך האָט אַ שר, אַ אוׂיבּעֶרהאַר איִן היִמעֶל, װאָס שיִצנז עֶס. ²) אָטהעֶם. ³) אַן אָרט איִן טײַך יבּוׂק װאוּ דאָס װאַסעֶר איִז קלײֵן אוּן מעֶן קעֶן אַריִבֶּעֶרגעֶהן צוּפוּס. ⁴) זאַך, כּלי.

— לאָז מיִך אָפּ, דיִ מאָרגעֶן־רוׂיט איִז שוׂין אוׂיפגעֶגאַנגעֶן.

— בּיִסטוּ דעֶן אַ גנב, צוּ אַ גזלן, װאָס דוּ שרעֶקסט זיִך פאַר דעֶר ליִכטיִגעֶר שײַן?

— איִך בּעֶט דיִך, לאָז מיִך פרײַ: זעֶהסט דאָך װיִ דיִ מלאָכיִם פוּן היִמעֶל קוּמעֶן כִּתּוׂת־װײַז ¹) אוּן רוּפעֶן מיִך איִן היִמעֶל זאָגעֶן שִׁירָה ²), איִך האָבּ מוׂרָא, אַז זײֵ װעֶלעֶן מיִך פעֶרבּרעֶנעֶן מיִט׳ן הוׂיך פוּן זײֵעֶר מוׂיל, פאַר װאָס איִך פעֶרהאַלט דיִ שירה.

— בּעֶנש מיִך װעֶל איִך דיִך אָפּלאָזעֶן.

האָט עֶר איִהם געֶבּעֶנשט.

דעֶרװײַל האָט מִיכָאֵל׳ס כִּתָּה מַלְאָכִים געֶװאָלט יעקב‎׳ן שעֶדיִגעֶן, האָט גאָט זיִך בּעֶװיִזעֶן אוּן זײֵ האָבּעֶן זיִך דעֶרשראָקעֶן, נאָר דאָס געֶלעֶנק ³) פוּן דיִך, איִז בּײַ יעקב‎׳ן אוׂיסגעֶליִנקט געֶװאָרעֶן. אוּן גאָט האָט געֶזאָגט צוּ מיכאל׳ן:

— װאָס טהוּסטוּ עֶס ? מײַן כּהֵן האָסטוּ געֶמאַכט אַ מוּם?

זאָגט מיִכאל: רִבּוׂנוׂ־שֶל־עוׂלָם, דײַן כּהֵן בּיִן איִך דאָך?

עֶנטפעֶרט גאָט: דוּ בּיִזט מײַן כּהֵן איִן היִמעֶל אוּן יעקב‎ — אוׂיף דעֶר עֶרד.

האָט מיכאל געֶבּעֶטעֶן דעֶם מַלְאָך רְפָאֵל, װאָס איִז דעֶר מְמוּנָה ⁴) אוׂיף רְפוּאוׂת — איִז עֶר אַראָפּ אוּן איִהם אוׂיסגעֶהײֵלט.

רִבְקָה׳ס טוׂיט.

אַז רבקה איִז געֶשטאָרבּעֶן, האָבּעֶן דיִ גוּטעֶ פרײַנד אָנגעֶהוׂיבּעֶן צוּ טראַכטעֶן: װעֶר זאָל געֶהן צוּ איִהר לְוַיָה — אברהם איִז געֶשטאָרבּעֶן, יִצחק זיִצט איִן שטוּבּ אַ בּליִנדעֶר, יעקב‎ איִז פעֶרװאָגעֶלט איִן דעֶר פרעֶמד, — נוּר אײֵן עשו הָרָשָע! װאָס װעֶט מעֶן נאָכזאָגעֶן נאָך איִהר מִטָה? — פעֶרפלוּכט זעֶנעֶן דעֶר מוּטעֶר׳ס בּריִסט, װאָס האָבּעֶן אַזעֶלכעֶס אוׂיסגעֶזוׂיגעֶן!...

¹) קוּמפּאַניִעֶס. ²) זיִנגעֶן אוּן לוׂיבּעֶן גאָט. ³) דיִ צוּנוׂיפגלידערוּנג שוׂין דיִ פוּס־בּײֵן בּײַם „בּעֶקעֶן”. ⁴) דעֶר פעֶרװאַלטעֶר, געֶשטעֶלט אוׂיף דער אוּן דער אַרבּײַט.

↤ 38

האָט מעֶן זיִ אַרוׂיסגעֶטראָגעֶן בּײַנאַכט אוּן מְקַבֵּר געֶװעֶן איִן דעֶר שטיִל.

רָחֵל׳ס קֵבֶר.

יעקב‎ האָט רָחֵל׳ן מְקַבֵּר געֶװעֶן איִן מיִטעֶן װעֶג, װײַל עֶר האָט געֶזעֶהן מיִט׳ן רוּחַ־הַקוׂדֶש ¹), אַז דיִ יוּדעֶן װעֶלעֶן געֶהן איִן גָלוּת פעֶרבּײַ דעֶר מוּטעֶר רחל׳ס קֵבֶר, װעֶט זיִ פאַר זײֵ בּעֶטעֶן. אוּן אַזוׂי איִז געֶשעֶהן:

אַז נְבוּזַרְאֲדָן דעֶר שעֶכטמײַסטעֶר פוּן נְבוּכַדְנֶצַר הָרָשָע האָט פעֶרטריִ־ דיִ יוּדעֶן איִן גלוּת בָּבֶל איִן זײֵ ניִט געֶלאָזעֶן אַפיִלוּ זיִך אָפּשטעֶלעֶן צוּ געֶזעֶגעֶנעֶן זיִך מיִט דעֶר טײַעֶרעֶר מוּטעֶר רחל, איִז זיִ אוׂיפגעֶשטאַנעֶן פוּן קבר אוּן אַרוׂיף אוׂיפ׳ן היִמעֶל אוּן געֶפאַלעֶן פאַר׳ן כִּסֵא־הַכָּבוׂד מיִט אַ געֶבּעֶט:

— רִבּוׂנוׂ־שֶל־עוׂלָם! דוּ װײֵסט װאוׂיל, װיִ יעקב‎ דײַן קנעֶכט האָט מיִך ליִעבּ געֶהאַט אוּן אָפּגעֶדיִנט פאַר מיִר גאַנצעֶ זיִעבּעֶן יאָהר; אוּן צוּ דעֶר חֲתוּנָה, װעֶן מײַן פאָטעֶר האָט מיִך פעֶרבּיִטעֶן אוׂיף מײַן שװעֶסטעֶר לֵאָה, האָבּ איִך צוּגעֶזעֶהן, געֶליִטעֶן אוּן געֶשװיִגעֶן. געֶדעֶנקט־זשעֶ מיִר, דוּ, גרוׂיסעֶר גאָט, דעֶרבּאַרעֶמיִגעֶר, דעֶם זְכוּת אוּן לאָז עֶר איִצט בּײַשטעֶהן מײַנעֶ קיִנדעֶר.

האָט זיִך בּאַלד דעֶרװעֶקט גאָט׳ס רַחֲמָנוּת אוּן עֶר האָט איִהר געֶעֶנטפעֶרט:

— צוּליִעבּ דיִר, מײַן טאָכטעֶר, װעֶל איִך דאָס פאָלק יִשראל צוּריִק אוּמקעֶהרעֶן איִן זײֵעֶר לאַנד.

אָט דאָס זאָגט דעֶר פָּסוּק:

אַ שְטִימֶע לָאזְט זִיך הֶערֶען הוׂיך,
אַ יָאמֶער, אַ קְלָאג אַ בִּיטֶערֶער —
רָחֵל װֵײנְט אוׂיף אִיהרֶע קִינְדֶער
אוּן װִיל קַײן טְרֶעסְט נִיט אָנְנֶעהמֶען.
אַזוׂי הָאט גָאט גֶעזָאגְט:
הַאלְט־אָפּ דַײן שְטִימֶע פוּן גֶעװֵײן
אוּן דַײנֶע אוׂיגֶען — פוּן טְרֶעהרֶען,
דֶען צוּ דַײן װֶערְק אִיז דָא אַ לוׂין ,

¹) הײֵאגער גײַסט, נְבוּאָה.

↤ 39

אַ הָאפְנונג אִיז פאַרהַאן צוּלֶעצט. —
אוּן צוּרִיק װֶעלֶען דִי קִינְנדֶער
זִיך אוּמְקֶעהרֶען צוּ זֵייֶער גְרֶענִיץ.
יוׂסֵף׳ס שעֶנהײַט.

יוּנג אוּן שעֶהן, בּלוּט אוּן מיִלך איִז יוׂסף געֶװעֶן, געֶבּליִהט װיִ אַ רוׂיז, אוּן זײַן װיִרטהיִן זְלִיכָה, פּוׂטיִפר׳ס פרוׂי, האָט זיִך איִן איִהם זאַט ניִשט געֶקעֶנט אָנקוּקעֶן.

דרײַ מאָל איִן טאָג האָט זיִ אוׂיף זיִך איִהרעֶ קלײֵדעֶר געֶבּיִטעֶן, איִן דעֶר פריִה, בּײַטאָג אוּן פאַר נאַכט, אוּן אַלץ צוּליִעבּ דעֶם, כְּדֵי יוׂסף׳ס אוׂיגעֶן אוׂיף זיִך צוּציִהעֶן. עֶס האָט זיִך איִהר אָבּעֶר דאָס ניִשט אײַנגעֶגעֶבּעֶן, האָט עֶס איִהר טיִעף געֶקרעֶנקט, אוּן זיִ איִז שטאַרק אַראָפּ פוּן פָּנִים.

— װאָס זעֶהסטוּ עֶפּיִס אַזוׂי שלעֶכט אוׂיס? — האָבּעֶן זיִ איִהרעֶ בּעֶקאַנטעֶ פרוׂיעֶן געֶפרעֶגט. דעֶרצעֶהלט זיִ זײֵ. קעֶנעֶן זײֵ ניִשט גלוׂיבּעֶן. מאַכט זיִ אַ סְעוּדָה אוּן פעֶרבּעֶט זײֵ צוּ זיִך, זײֵ זאָלעֶן זעֶהן דעֶם שעֶהנעֶם יוׂסף מיִט זײֵעֶרעֶ אוׂיגעֶן. בּײַם טיִש האָט מעֶן דעֶרלאַנגט יעֶדעֶן פוּן זײֵ אַ מיִלגרוׂים מיִט אַ מעֶסעֶר. רוּפט זליכה אַרײַן יוׂסף׳ן צוּ דיִ געֶסט, האָבּעֶן זײֵ זיִך אַלעֶ אוׂיף איִהם אַזוׂי פעֶרקוּקט, אַז שנײַדעֶנדיִג דיִ מיִלגרוׂימעֶן האָבּעֶן זײֵ ניִשט מעֶרקעֶנדיִג זיִך אײַנגעֶשניִטעֶן דיִ פיִנגעֶר.

יוׂסֵף איִן מִצְרַיִם.

פַּרְעה׳ס קעֶניִגליִכעֶר שטוּל האָט געֶהאַט אײֵן אוּן זיִבּעֶציִג טרעֶפּ. אוּן אַ מִנְהָג איִז דאָרט געֶװעֶן, אַז גאָר אוׂיבּעֶן איִז געֶזעֶסעֶן פּרעה אַלײֵן, אוּן אַלעֶ העֶרעֶן אוּן ראַט־געֶבּעֶר זעֶנעֶן געֶשטאַנעֶן פאַר איִהם אוׂיף דיִ טרעֶפּ, יעֶדעֶרעֶר לוׂיט זײַן קעֶנטניִש: װעֶר עֶס האָט געֶקעֶנט נוּר אײֵן שפּראַך איִז געֶשטאַנעֶן אוׂיפ׳ן אוּנטעֶרשטעֶן שטאַפּעֶל, װעֶר עֶס האָט געֶקעֶנט צװײֵ שפּראַך — אוׂיפ׳ן צװײֵטעֶן, אוּן אַזוׂי װײַטעֶר בּיִז׳ן זיִבּעֶציִגסטעֶן שטאַפּעֶל, װאָהיִן עֶס האָבּעֶן געֶקעֶנט צוּטרעֶטעֶן נאָר דיִ גרעֶסטעֶ חַרְטוּמֵי ¹) מִצְרִים, װאָס קעֶנעֶן אַלעֶ זיִבּעֶציִג לְשוׂנוׂת.

אוּן אַז יוׂסף האָט פּוׂתֵר געֶװעֶן דעֶם חָלוׂם אוּן פּרעה האָט איִהם געֶמאַכט פאַר אַ מִשְנֶה לְמֶלֶך ²), זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן דיִ חַרְטוּמִים אוּן איִהם געֶזאָגט:

¹) שטעֶרעֶן־זעֶהעֶר. ²) װיִצעֶ־קעֶניִנ.

↤ 40

— װיִ שיִקט זיִך עֶס, אַז אַ קנעֶכט, װאָס מעֶן האָט איִהם פעֶרקוׂיפט פאַר צװאַנציִג זיִלבּעֶר־גראָשעֶן, זאָל איִבּעֶר אוּנז אַלעֶמעֶן געֶװעֶלטיִגעֶן?

עֶנטפעֶרט פּרעה:

— איִך זעֶה איִן איִהם קעֶניִגליִכעֶ סִימָנִים.

— אוׂיבּ אַזוׂי דאַרף עֶר דאָך קעֶנעֶן זיִבּעֶציִג שפּראַך?

— מאָרגעֶן װעֶלעֶן מיִר זעֶהן, צוּ װעֶלכעֶן שטאַפּעֶל עֶר װעֶט דעֶרלאַנגעֶן .

בּײַנאַכט איִז דעֶר מַלְאָך גַבְרִיאֵל געֶקוּמעֶן צוּ יוׂסף׳ן אוּן איִהם אוׂיסגעֶלעֶרעֶנט אַלעֶ זיִבּעֶציִג לשוׂנוׂת.

אוׂיף מאָרגעֶן קוּמט עֶר צוּ פּרעה׳ן אוּן הוׂיבּט אָן צוּרײֵדעֶן אוׂיף אַלעֶ זיִבּעֶציִג לשוׂנוׂת, אַ שפּראַך אוׂיף אַ שטאַפּעֶל, אַ שפּראַך אוׂיף אַ שטאַפּעֶל, בּיִז עֶר איִז אַרוׂיף גאָר איִן דעֶר הוׂיך. זאָגט איִהם פּרעה:

— איִך בּיִן פּרעה, אוּן אָהן דיִר זאָל קײֵנעֶר ניִט טאָרעֶן אַ האַנד אוׂיפהוׂיבּעֶן, נאָר אוׂיפ׳ן שטוּהל בּיִן איִך העֶכעֶר פוּן דיִר.

הוׂיבּט יוׂסף אָן צוּרײֵדעֶן אוׂיף לָשוׂן־קוׂדֶש, אוּן פּרעה האָט ניִט פעֶרשטאַנעֶן; בּעֶט עֶר איִהם: לעֶרעֶן מיִך אוׂיס דיִ דאָזיִגעֶ שפּראַך, האָט עֶר איִהם געֶלעֶרעֶנט אוּן ניִט געֶקעֶנט אוׂיסלעֶרנעֶן. בּעֵט איִהם פּרעה:

— שװעֶר מיִר, אַז דוּ װעֶסט קײֵנעֶם ניִט דעֶרצעֶהלעֶן, װײַל מעֶן קעֶן מיִך אַראָפּזעֶצעֶן פוּן שטוּהל אוּן דיִך אַרוׂיפזעֶצעֶן אוׂיפ׳ן העֶכסטעֶן שטאַפּעֶל.

האָט יוׂסף איִהם געֶשװאוׂירעֶן.

שפּעֶטעֶר, אַז יַעֲקב איִז געֶשטאָרבּעֶן, אוּן יוׂסף איִז געֶקוּמעֶן מעֶלדעֶן פּרעה׳ן, אַז עֶר װיִל געֶהן מְקַבֵּר זײַן דעֶם פאָטעֶר איִן לאַנד כְּנַעַן, האָט איִהם פּרעה ניִט געֶלאָזעֶן געֶהן. זאָגט יוׂסף:

— מײַן פאָטעֶר האָט מיִך בּעֶשװאוׂירעֶן.

— האָבּ חֲרָטָה אוׂיף דעֶר שְבוּעָה.

— אוׂיבּ אַזוׂי — עֶנטפעֶרט יוׂסף — װעֶל איִך שוׂין חרטה האָבּעֶן אוׂיף יעֶנעֶ שבוּעה אוׂיך.

האָט פּרעה זיִך דעֶרשראָקעֶן, אַז יוׂסף װעֶט אוׂיסזאָגעֶן דעֶם סוׂד, דאָס עֶר קאָן נאָך אַ שפּראַך מעֶהר װיִ עֶר, — האָט עֶר איִהם שוׂין געֶלאָזט געֶהן, — אוּן מיִטגעֶשיִקט דיִ גרעֶסטעֶ העֶרעֶן פוּן מִצְרַיִם אוׂיף יַעֲקב‎׳ס לְוַיָה.

יוׂסֵף אוּן זײַנע בּריִדעֶר.

יוׂסף האָט זיִך געֶריִכט אוׂיף זײַנעֶ בּריִדעֶר, אַז זײֵ דאַרפעֶן קוּמעֶן קײַן ↰ 41 מִצְרַיִם קוׂיפעֶן תְּבוּאָה, האָט עֶר געֶזעֶצט װעֶכטעֶר בּײַ אַלעֶ טוׂיעֶרעֶן אוּן זײֵ אָנגעֶזאָגט, אַז װעֶר עֶס װעֶט אַרײַנקוּמעֶן איִן שטאָדט, זאָל מעֶן פעֶרשרײַבּעֶן זײַן נאָמעֶן אוּן זײַן פאָטעֶרס נאָמעֶן.

איִן אָװעֶנד בּרעֶנגט מעֶן איִהם דיִ צעֶטלעֶן פוּן אײֵן טוׂיעֶר — געֶפיִנט עֶר דאָרט דעֶם נאָמעֶן: ראוּבֵן בֶּן יעקב‎; פוּן צװײֵטעֶן טוׂיעֶר — שמעוׂן בֶּן יעקב‎, אוּן אַזוׂי װײַטעֶר — צעֶהן בּריִדעֶר איִן צעֶהן בּעֶזוּנדעֶרעֶ טוׂיעֶרעֶן.

האָט עֶר געֶהײֵסעֶן פעֶרשליִסעֶן אַלעֶ שפּײַכלעֶר פוּן תְּבוּאָה, נאָר אײֵנעֶם געֶלאָזט אָפעֶן אוּן אַלײֵן דאָרט געֶזעֶסעֶן דיִ גאַנצעֶ צײַט.

געֶהט אַװעֶק אַ גאַנצעֶר טאָג — אוּן דיִ בּריִדעֶר קוּמעֶן ניִט, נאָך אַ טאָג — ניִטאָ זײֵ, אַ דריִטעֶר טאָג — אַלץ ניִטאָ. הײֵסט עֶר, מעֶן זאָל זײֵ אוׂיפזוּכעֶן. געֶפיִנט מעֶן זײֵ, װיִ זײֵ דרעֶהעֶן זיִך אַרוּם איִבּעֶר׳ן שטאָדט פוּן מאַרק צוּ מאַרק, פוּן גאַס צוּ גאַס.

אוּן יוׂסף האָט געֶװאָלט אוׂיספּרוּבעֶן, צוּ האָבּעֶן דיִ חֲרָטָה אוׂיף דעֶם, װאָס זײֵ האָבּעֶן איִהם פעֶרקוׂיפט, דעֶריִבּעֶר האָט עֶר זיִך פעֶרפרעֶמדט אוּן געֶרעֶדט מיִט זײֵ האַרט אוּן שטרעֶנג:

— װאָס טהוּט איִהר דאָ?

— געֶקוּמעֶן קוׂיפעֶן תּבוּאָה!

— פאַרװאָס זעֶנט איִהר אַרײַן דוּרך צעֶהן בּעֶזוּנדעֶרעֶ טוׂיעֶרעֶן?

— אַזוׂי האָט אוּנז דעֶר פאָטעֶר אָנגעֶזאָגט, קײַן עַיִן־הָרָע זאָל אוּנז ניִט שאַדעֶן.

— װאָס־זשעֶ האָט איִהר זיִך אַרוּמגעֶדרעֶהט איִבּעֶר׳ן שטאָדט?

— זוּכעֶן אַן אֲבֵדָה ¹), װאָס מיִר האָבּעֶן פעֶרלאַרעֶן.

— גיִכעֶר זעֶנט איִהר מְרַגְלִים־שפּיִאָנעֶס, געֶקוּמעֶן אוׂיסשפּיִרעֶן דאָס לאַנד! איִך זעֶה איִן מײַן צוׂיבּעֶר־בּעֶכעֶר, אַז צװײֵ פוּן אײַך האָבּעֶן פעֶרװיִסט אָט גרוׂיסעֶ שטאָדט.

— װעֶלכעֶ צװײֵ? װעֶלכעֶ שטאָדט?!

— שִמְעוׂן וְלֵוִי האָבּעֶן חָרוּב געֵמאַכט דיִ שטאָדט שְכֶם!

האָבּעֶן זיִך דיִ בּרוּדעֶר שטאַרק דעֶרשראָקעֶן אוּן דעֶרצעֶהלט, אַז זײֵ זעֶנעֶן צװעֶלף בּריִדעֶר, אײֵנעֶר איִז ניִטאָ, אוּן דעֶר קלעֶנסטעֶר איִז געֶבּליִבּעֶן בּײַם פאָטעֶר.

זאָגט יוׂסף:

¹) פעֶרלאָרעֶנעֶ זאַך.

↤ 42

— זאָל שמעוׂן בּלײַבּעֶן פאַר אַ מַשְׁכּוׂן, בּיִז איִהר װעֶט בּרעֶנגעֶן אײַעֶר קלעֶנעֶרעֶן בּרוּדעֶר — װעֶל איִך אײַך דעֶמאָלט גלוׂיבּעֶן.

אוׂיסגעֶקליִבּעֶן האָט עֶר שמעוׂנ׳עֶן, עֶרשטעֶנס כְּדֵי איִהם אָבּצוּטײֵלעֶן פוּן לֵוִי׳ן, װײַל זײֵ בּײֵדעֶ קעֶנעֶן זיִך בּעֶראַטעֶן אוּן דיִ שטאָדט בּעֶפאַלעֶן; צװײֵטעֶנס, װײַל שמעוׂן האָט איִהם אַרײַנגעֶשטוׂיסעֶן איִן גרוּבּ פאַר׳ן פעֶרקוׂיפעֶן.

זאָגט שמעוׂן צוּ דיִ בּריִדעֶר: אַזוׂי האָט איִהר זיִך בּעֶגאַנגעֶן מיִט יוׂסף׳ן, אַזוׂי בּעֶגעֶהט איִהר זיִך מיִט מיִר, אוּן װיִלט מיִך ניִט אַרוׂיסהעֶלפעֶן.

— װאָס קעֶנעֶן מיִר דאָ העֶלפעֶן?

— טהוּט אײַך װאָס איִהר װיִלט, איִך װעֶל שוׂין אַלײֵן פאַר זיִך בּײַשטעֶהן.

שיִקט יוׂסף צוּ פּרעה׳ן אָנזאָגעֶן:

— גַזְלָנִים זעֶנעֶן אָנגעֶקוּמעֶן, שיִק זיִבּעֶציִג גִבּוׂרִים אוׂיף שמיִדעֶן זײֵ איִן קײֵטעֶן.

װיִ דיִ גבּוׂרים זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן, לאָזט שמעוׂן אַרוׂיס אַ מוׂרא׳דיִגעֶן געֶשרײֵ, אַז דיִ צײֵהן זעֶנעֶן זײֵ אַרוׂיסגעֶפאַלעֶן פוּן מוׂיל פאַר גרוׂיס שרעֶק.

גיִט יוׂסף אַ װאוּנק זײַן זוּהן מְנַשֶׁה׳ן עֶר זאָל איִהם אײַנשטיִלעֶן, אוּן מנשה האָט איִהם דעֶרלאַנגט אײֵן קלאַפּּ, — איִז עֶר שוׂין געֶװאָרעֶן שטיִל אוּן געֶלאָזט זיִך שמיִדעֶן אוּן אַרײַנזעֶצעֶן איִן געֶפעֶנקניִש.

זאָגט שמעוׂן צוּ דיִ בּריִדעֶר:

— דאָס איִז ניִט קײַן מִצְרִי׳שעֶר קלאַפּּ! איִך האָבּ איִן איִהם דעֶרפיִהלט אַ הײֵמיִשעֶן טַעַם פוּן אוּנזעֶר מִשְׁפָּחָה!

װעֶן דיִ בּריִדעֶר האָבּעֶן צוּם צװײֵטעֶן מאָל זיִך געֶקליִבּעֶן קײַן מִצְרַיִם נאָך תְּבוּאָה, אוּן יעקב‎ האָט בִּנְיָמִינ׳עֶן ניִט געֶװאָלט מיִטגעֶבּעֶן, זאָגט ראוּבן צוּ איִהם:

— אוׂיבּ איִך בּרעֶנג איִהם ניִט צוּריִק — הַרְג׳עֶ מײַנעֶ צװײֵ קיִנדעֶר.

עֶנטפעֶרט איִהם יעקב‎:

— בְּכוׂר שׁוׂטֶה ¹)! דײַנעֶ קיִנדעֶר זעֶנעֶן דעֶן ניִט מײַנעֶ?

קוּמט יְהוּדָה אוּן זאָגט:

¹) בּכור שוׂטה הײֵסט דעֶר מאַמעֶס עֶרשטעֶר זוּהן; בּוּכשטאַבּליִך אָבּעֶר איִז טײַטש: עֶלטסטעֶר נאַר.

— לאָזטוּ בּנימינ׳עֶן, איִז ניִט מעֶהר װיִ אַ סָפֵק, טאָמעֶר װעֶט איִהם טרעֶפעֶן אַן אוּנגליִק; װעֶן מיִר געֶהעֶן אָבּעֶר גאָרניִט קײַן מִצְרַיִם, — איִז דאָך ↰ 43 געֶװיִס, אַז מיִר װעֶלעֶן אַלעֶ אוׂיסגעֶהן פוּן הוּנגעֶר, — איִז דאָך גלײַכעֶר זיִך פעֶרלאָזעֶן אוׂיף אַ סָפֵק, אײֵדעֶר זיִצעֶן אוּן װאַרטעֶן אוׂיפ׳ן זיִכעֶרעֶן טוׂיט. יעקב‎ אָבּעֶר האָט אַלץ ניִט געֶװאָלט מַסְכִּים זײַן. זאָגט יהוּדה צוּ דיִ בּרוּדעֶר: לאָזט דעֶם אַלטעֶן צוּרוּה, בּיִז עֶס װעֶט אוׂיסגעֶהן דאָס גאַנצעֶ בּרוׂיט, — װעֶט עֶר װײֵכעֶר װעֶרעֶן.

צוּם צװײֵטעֶן מאָל, אַז מעֶן האָט דיִ בּריִדעֶר בּעֶזוּכט אוּן געֶפוּנעֶן דעֶם זיִלבּעֶרנעֶם בּעֶכעֶר איִן בּנימיִנ׳ס זאַק, איִז יהוּדה איִן כּעס געֶװאָרעֶן אוּן אָנגעֶהוׂיבּעֶן צוּ שרײַעֶן, — האָט זיִך זײַן קוׂל געֶלאָזט העֶרעֶן פיִער הוּנדעֶרט מײַל אַרוּם אוּן אַרוּם, בּיִז דעֶר טוׂיבּעֶר חוּשים בֶּן דָן איִן לאַנד כְּנַעַן האָט דעֶרהעֶרט דאָס געֶשרײֵ אוּן געֶקוּמעֶן מיִט אײֵן שפּרוּנג קײַן מצריִם. אוּן פוּן זײֵעֶר בּײֵדעֶנס ליאַרעֶם איִז שיִער מצריִם ניִט איִבּעֶרגעֶקעֶהרט געֶװאָרעֶן.

אַ האָר איִז געֶװאַקסעֶן אוׂיף יהוּדה׳ס האַרצעֶן, אוּן װעֶן עֶר קוּמט נוּר אַרײַן איִן כּעס — שטעֶלט זיִך דיִ האָר קאַפּוׂיר, האַרט װיִ אַ נאָדעֶל, אוּן שטעֶכט דוּרך אַלעֶ זײַנעֶ מַלְבּוּשִים, אוּן זײַן רעֶכט אוׂיג הוׂיבּט אָן צוּ טרעֶהרעֶן מיִט בּלוּט.

װיִ יוׂסף האָט דעֶרזעֶהן דיִ סִימָנִים פוּן יהוּדה׳ס כּעס, האָט עֶר אַ קלאַפּּ געֶטהוּן מיִט דעֶר האַנד, — אוּן דעֶר שטײֵן, װאוּ עֶר איִז געֶזעֶסעֶן, איִז אוׂיף בּרעֶקליִך צוּשאַטעֶן געֶװאָרעֶן.

זאָגט יהוּדה צוּ נַפְתָּלִי: דוּ בּיִסט גריִנג אוׂיף דיִ פיִס, װיִ אַ העֶרש, — לוׂיף אוּן זעֶה, פיִעֶל מעֶרק איִז דאָ איִן שטאָדט.

לוׂיפט עֶר אַװעֶק אוּן קוּמט בּאַלד צוּריִק מיִט אַן עֶנטפעֶר: צװעֶלף מעֶרק! — זאָגט יהוּדה צוּ דיִ בּריִדעֶר: איִהר נײַן נעֶהמט זיִך יעֶדעֶר ציִ אײֵן מאַרק, איִך נעֶהם אוׂיף זיִך גאַנצעֶ דרײַ, אוּן מיִר װעֶלעֶן חָרוּב מאַכעֶן דיִ גאַנצעֶ שטאָדט. עֶנטפעֶרעֶן זײֵ איִהם: דאָס איִז דיִר ניִט שְׁכֶם! מִצְרַיִם איִז דאָס שליִסעֶל פוּן דעֶר גאַנצעֶר װעֶלט, אַז מיִר פעֶרװיִסטעֶן מצריִם — װעֶט דיִ גאַנצעֶ װעֶלט אוּנטעֶרגעֶהן.

האָט זיִך יוׂסֵף שוׂין מעֶהר ניִט געֶקאָנט אײַנהאַלטעֶן אוּן געֶהײֵסעֶן אַלעֶ מִצְרִים אַרוׂיסגעֶהן, עֶר האָט געֶטראַכט בּײַ זיִך: ליִעבּעֶר זאָלעֶן זײֵ מיִך הַרְגנ׳עֶן, װעֶן איִך װעֶל בּלײַבּעֶן אַלײֵן, אײֵדעֶר איִך זאָל זײֵ פעֶרשעמעֶן פאַר דיִ מצריִם איִן דיִ אוׂיגעֶן, בּעֵת איִך װעֶל זיִך לאָזעֶן דעֶרקעֶגעֶן.

טרעֶט אַרוׂיס יהוּדה אוּן זאָגט:

— לאָז אוּנז פרײַ: װעֶן ניִט, נעֶהם איִך אַרוׂיס מײַן שװעֶרד פוּן שײֵד אוּן איִך מאַך פוּל גאַנץ מצריִם מיִט הֲרוּגִים!

↤ 44

עֶנטפעֶרט יוׂסף:

— אַז דוּ װעֶסט אַרוׂיסציִהעֶן דײַן שװעֶרד, װעֶל איִך עֶס דיִר אַרוּמװיִקלעֶן אַרוּם האַלז!

איִז יהוּדה װיִדעֶר שטאַרק איִן כַּעַס געֶװאָרעֶן — נעֶהמט עֶר אײַזעֶרנעֶ קוׂילעֶן אוּן צוּקײַט זײֵ אוׂיף שטוׂיבּ אוּן זאָגט:

— איִצט װעֶל איִך אַלעֶ מעֶרק פוּן מצריִם בּעֶפאַרבּעֶן מיִט בּלוּט.

עֶנטפעֶרט יוׂסף:

— איִך װײֵס, איִהר זײַט גוּטעֶ פאַרבּעֶר פוּן שטעֶנדיִג אָן: אײַעֶר בּרוּדעֶר׳ס העֶמדעֶל האָט איִהר אוׂיך אײַנגעֶטוּנקעֶן איִן בּלוּט אוּן געֶזאָגט: אַ בּײֵזעֶ חַיָה האָט איִהם צוּריִסעֶן.

האָבּעֶן זײֵ אַלעֶ אָנגעֶהוׂיבּעֶן װײֵנעֶן אוּן געֶזאָגט: איִצט בּעֶקוּמעֶן מיִר דיִ שטראָף פאַר אוּנזעֶר אוּנדעֶרבּאַרעֶמיִגקײַט געֶגעֶן אוּנזעֶר בּרוּדעֶר.

טרעֵסט זײֵ יוׂסף אוּן זאָגט:

— אײַעֶר בּרוּדעֶר לעֶבּט, בּאַלד װעֶט איִהר איִהם זעֶהן! בּײַ דיִ רעֵד הוׂיבּט עֶר אָן צוּ רוּפעֶן: יוׂסף, יוׂסף, בּעֶװײַז זיִך צוּ דײַנעֶ בּרוּדעֶר, זײֵ װיִלעֶן דיִך זעֶהן: קוּקעֶן זײֵ זיִך אַרוּם פוּן אַלעֶ זײַטעֶן אוּן זעֶהעֶן גאָרניִט.

שרײַט עֶר אוׂיס:

— איִך בּיִן עֶס יוׂסף! אַ סיִמן: אָט רעֶד איִך לָשוׂן־קוׂדֶש!...

שְׁמַע, יִשְׂרָאֵל!

פאַר׳ן טוׂיט האָט יַעֲקב צוּנוׂיפגעֶרוּפעֶן זײַנעֶ קיִנדעֶר אוּן זײֵ געֶזאָגט: „קוּמט אַהעֶר װעֶל איִך אײַך זאָגעֶן, װאָס מיִט אײַך װעֶט איִן שפּעֶטעֶרדיִגעֶ צײַטעֶן פּאַסיִרעֶן”. געֶװאָלט האָט עֶר זײֵ עֶנטדעֶקעֶן דעֶם קֵץ ¹), האָט זיִך פוּן איִהם דיִ שכיִנה אָפּגעֶטהוּן ²). „װעֶר װײֵסט — האָט יעקב‎ געֶזאָגט, בּײַ זיִך אַראָפּגעֶפאַלעֶן — אֶפְשַר איִז, חַס־וְשָלוׂם, איִן מײַן נאַכגעֶבּוּרט ³) אַ פלעֶק פאַרהאַן, װיִ יִשְמָעֵאל בּײַ מײַן זײֵדעֶן אַבְרָהָם אוּן װיִ עֵשָׂו בּײַ מײַן טאַטעֶן יִצְחָק”. האָבּעֶן איִהם דיִ קיִנדעֶר אוׂיף דעֶם געֶעֶנטפעֶרט:

— שְׁמַע, יִשְׂרָאֵל — העֶר, פאָטעֶר יִשְׂרָאֵל, ה׳ אֱלהֵינוּ ה׳ אֶחָד — גאָט אוּנזעֶר גאָט איִז אײֵנעֶר. װיִ בּײַ דיִר, אַזוׂי בּײַ אוּנז איִן האַרץ, איִז עֶר דעֶר אײֵנציִגעֶר.

¹) דעֶם סוׂף, ד. ה. װען משיח װעט קוּמען. ²) דער רוּח הקוׂדש, ד. ה. פאָראוׂיסזעהן װאָס שפּעטער װעט זײַן, איז פוּן איִהם אַװעק. ³) קיִנדער.

↤ 45

בּעֶרוּהיִגט פוּן דיִ קיִנדעֶר׳ס עֶנטפעֶר האָט יעקב‎ געֶזאָגט:

— בָּרוּך שֵׁם כְּבוׂד מַלְכוּתוׂ! — געֶלוׂיבּט אוּן געֶדאַנקט זײַן ליִעבּעֶר נאָמעֶן אוׂיף אײֵבּיִג!

פיִעל הוּנדעֶרטעֶר יאָהרעֶן זעֶנעֶן פוּן יעֶנעֶר צײַט אַריִבּעֶר, אוּן נאָך בּיִז הײַנט, אַלעֶ מאָל װעֶן יוּדעֶן פעֶרזאַמלעֶן זיִך פריִה אוּן אָבּעֶנד, העֶרט זיִך אלץ דעֶר זעֶלבּעֶר אַלטעֶר אוׂיסרוּף:

— שְׁמַע, יִשְׂרָאֵל — העֶר דוּ יִשראל, אוּנזעֶר פאָטעֶר דאָרט איִן מְעָרַת־הַמַכְפֵּלָה, דײַן הײֵליִגעֶ צַוָאָה האַלטעֶן מיִר פעֶסט נאָך בּיִז הײַנטיִגעֶן טאָג: — ה׳ אֱלהֵינוּ ה׳ אֶחָד!

יַעֲקב׳ס קְבוּרָה.

װעֶן מ׳האָט יעקב‎׳ן געֶפיִהרט מְקבֵּר זײַן איִן אֶרֶץ־יִשְׂרָאֵל, זעֶנעֶן אַרוׂיס עֵשָׂו׳ס אוּן יִשְׁמָעֵאל׳ס מַחֲנוׂת מִלְחָמָה האַלטעֶן. װיִ זײֵ האָבּעֶן געֶזעֶהן, אַז יוׂסף׳ס קרוׂין העֶנגט אוׂיפ׳ן אָרוׂן, — האָבּעֶן זיֵ זײֵעֶרעֶ קרוׂינעֶן אוׂיך אוׂיפגעֶהאַנגעֶן, צוּזאַמעֶן — זעֶקס אוּן דרײַסיִג קרוׂינעֶן פוּן זעֶקס אוּן דרײַסיִג פיִרשטעֶן האָבּעֶן װיִ אַ קראַנץ בּעֶהאַנגעֶן יעקב‎׳ס אָרוׂן.

אַז מ׳איִז געֶקוּמעֶן צוּ דעֶר מְעָרַת־הַמַכְפֵּלָה, האָט זיִך עֵשָׂו געֶשטעֶלט בּײַם אַרײַנגאַנג פוּן הײֵל אוּן ניִט געֶלאָזט בּעֶהאַלטעֶן, עֶר האָט געֶ׳טַעְנֶה׳ט:

— דאָ איִז פאַרהאַן אָרט אוׂיף פיִער פּאָרליִך. זיִבּעֶן עֶרטעֶר זעֶנעֶן שוׂין פעֶרנוּמעֶן: אָדָם וְחַוָה, אַבְרָהָם וְשָׂרָה, יִצְחָק וְרִבְקָה, אוּן לֵאָה, — האָט שוׂין יעקב‎ זײַן חֵלֶק אָפּגעֶנוּמעֶן! דעֶר אַכטעֶר פּלאַץ קוּמט מיִר!

דעֶרמאָהנט מעֶן איִהם, אַז נאָך דעֶר בְּכוׂרָה האָט עֶר זײַן חֵלֶק קַרְקַע ¹) פעֶרקוׂיפט יעקב‎׳ן פאַר אַ הוׂיפעֶן גאָלד. לײֵקעֶנט עֵשׂו אָפּ דיִ גאַנצעֶ מַעֲשֶׂה אוּן זאָגט: װאוּ איִז אַ בּעֶװײַז?

— דאָס געֶשריִפטס געֶפיִנט זיִך איִן מצריִם.

— בּרעֶנגט אַהעֶר אוּן װײַזט.

איִז געֶבּליִבּעֶן, מעֶן זאָל שיִקעֶן דעֶם פליִנקעֶן נַפְתָּלִי קײַן מצריִם נאָכ׳ן געֶשריִפטס! — איִן מיִטעֶן טוּמעֶל שפּריִנגט אַרײַן דעֶר טוׂיבּעֶר חוּשִים בֶּן דָן אוּן פרעֶגט: װאָס װאַרט מעֶן?

װײַזט מעֶן איִהם אוׂיף עשׂו׳ן:

— בּיִז מעֶן װעֶט ניִט בּרעֶנגעֶן דעֶם שְטַר־מְכִירָה ²) אוׂיף דעֶר קַרְקַע, — לאָזט עֶר ניִט בּעֶגראָבּעֶן.

¹) פּלאַץ אוׂיפ׳ן בית־עולם. ²) קאָנטראַקט.

↤ 46

דעֶרהעֶרט חוּשיִם ניִט, װאָס מעֶן זאָגט, אוּן שרײַט:

— אַזוׂי גאָר, דעֶר רָשָע בּעֶריִהמט זיִך מיִט זײַנעֶ העֶנד דיִ שטאַרקעֶ, — אָט װעֶל איִך איִהם װײַזעֶן!

בּײַ דיִ רעֵד חאַפּט עֶר אַ פלאָקעֶן אוּן צוּזעֶצט עשו׳ן דעֶם קאָפּ.

דאַמאָלס איִז מְקוּיָם געֶװאָרעֶן דאָס װאָס דיִ מוּטעֶר רִבְקָה האָט פאָראוׂיס נְבִיאוּת געֶזאָגט: „פאַר װאָס זאָל איִך אײַך בּײֵדעֶ איִן אײֵן טאָג פעֶרליִרעֶן?”

צוּריִקװעֶגס בּײַ יעֶנעֶר גרוּבּ.

צוּריִקגעֶהעֶנדיִג, נאָכ׳ן פאָטעֶר׳ס קְבוּרָה, האָט זיִך יוׂסֵף אָפּגעֶשטעֶלט נעֶבּעֶן יעֶנעֶר גרוּבּ, װאוּהיִן דיִ בּריִדעֶר האָבּעֶן איִהם אַמאָל אַרײַנגעֶװאָרפעֶן. איִהם האָט זיִך געֶװאָלט אײַנקוּקעֶן איִן דעֶם אָרט, װאוּ ס׳איִז מיִט איִהם אַזאַ נֵס געֶשעֶהן: פוּן דעֶר טיִעפעֶר גרוּבּ — אַ מִשְנֶה־לְמֶלֶך איִן מִצְרַיִם! דיִ בּריִדעֶר אָבּעֶר האָבּעֶן זיִך פאַר דעֶם קוּק דעֶרשראָקעֶן: „װעֶר װײֵסט, אֶפְשַר האָט זיִך איִן איִהם אַ שִׂנְאָה צוּ אוּנז עֶרװעֶקט, אוּן איִצט, נאָכ׳ן טאַטעֶנס טוׂיט, װעֶט עֶר זיִך מיִט אוּנז אָפּרעֶכעֶנעֶן”.

— זײַט רוּהיִג — האָט זײֵ יוׂסף געֶטרעֵסט — װעֶן צעֶהן ליִכט האָבּעֶן ניִט געֶקעֶנט אײֵנעֶ אוׂיסלעֶשעֶן, װעֶט אײֵנעֶ דיִ צעֶהן געֶװיִס ניִט אוׂיסלעֶשעֶן.

↤ 47

דיִ יוּדעֶן איִן מִצְרַיִם.
דיִ גְזֵרָה פוּן װאַסעֶר.

„אוּן ס׳איִז אוׂיפגעֶשטאַנעֶן איִן מִצְרַיִם אַ נײַעֶר מֶלֶך מיִט נײַעֶ גְזַרוׂת — האָט עֶר געֶזאָגט צוּ זײַץ פאָלק:

— „לאָמיִר זיִך קליִגעֶן צוּ איִהם” — צוּ׳ם יוּדעֶן־העֶלפעֶר! עֶר בּעֶצאָהלט מִדָה כְּנֶגֶד מִדָה ¹), זאָל איִך דיִ קיִנדעֶר יִשְׂרָאֵל אוּמבּרעֶנגעֶן איִן פײַעֶר — װעֶט עֶר מיִך בּעֶשטראָפעֶן מיִט פײַעֶר, דוּרך דעֶר שװעֶרד — װעֶט עֶר מיִך בּעֶשטראָפעֶן דוּרך דעֶר שװעֶרד; בּעֶסעֶר װעֶל איִך זײֵ לאָזעֶן אוּמקוּמעֶן איִן װאַסעֶר, װעֶט מיִר גאָט גאָר ניִט קעֶנעֶן טהוּן, װײַל עֶר האָט שוׂין אײֵנמאָל פאַר אַלעֶ מאָל געֶשװאוׂירעֶן, אַז מעֶהר קײַן מַבּוּל בּרעֶנגט עֶר ניִט אוׂיף דעֶר װעֶלט.

דעֶר רָשָע האָט אָבּעֶר ניִט פעֶרשטאַנעֶן, אַז דיִ גאַנצעֶ װעֶלט קעֶן ניִט חָרוּב װעֶרעֶן דוּרכ׳ן מַבּוּל, אָבּעֶר אײֵן לאַנד — יאָ. װיִדעֶר האָט עֶר ניִט געֶװאוּסט, װאָס דעֶר סוׂף װעֶט זײַן מיִט דיִ מִצְרִים, אַז ניִט דאָס װאַסעֶר װעֶט אוׂיף זײֵ אָנקוּמעֶן, נאָר זײֵ אַלײֵן װעֶלעֶן אַרײַן איִן יַם אוּן דעֶרטרוּנקעֶן װעֶרעֶן.

האָט עֶר בּעֶפוׂילעֶן, מעֶן זאָל אַלעֶ נײַ־געֶבּוׂירעֶנעֶ יוּדיִשעֶ יוּנגליִך אַרײַנװאַרפעֶן איִן טײַך נִילוּס.

אוּן דיִ מוּטעֶרס האָבּעֶן בּעֶהאַלטעֶן זײֵעֶרעֶ קיִנדעֶר איִן דיִ קעֶלעֶרס, — פלעֶגעֶן דיִ מִצְרִים אַרײַן איִן שטוּבּ מיִט דיִ אײֵגעֶנעֶ קלײֵנעֶ קיִנדעֶר אוּן זײֵ קנײַפּעֶן, כּדי זײֵ זאָלעֶן װײֵנעֶן; װיִ דאָס יוּדיִשעֶ קיִנד דעֶרהעֶרט פוּן קעֶלעֶר אַ קוׂל פוּן נאָך אַ װײֵנעֶנדיִג קיִנד, הוׂיבּט עֶס אוׂיך אָן צוּ װײֵנעֶן, — געֵהעֶן דיִ מצרים נאָכ׳ן קוׂל אוּן געֶפיִנעֶן דאָס בּעֶהאַלטעֶנעֶ קיִנד אוּן װאַרפעֶן עֶס איִן טײַך אַרײַן.

איִן יעֶנעֶר צײַט איִז איִן היִטעֶל אַ גרוׂיסעֶר רַעַשׁ געֶװאָרעֶן.

¹) מאָס געֶגעֶן מאָס, װיִ דיִ זיִנד — אַזוׂי דיִ שטראָף.

↤ 48

— גיִכעֶר — האָט גאָט צוּ דיִ מַלְאָכִים אוׂיסגעֶרוּפעֶן — געֶהט שטעֶלט זיִך אײַן פאַר מײַנעֶ ליִעבּעֶ קיִנדעֶרליִך, אַבְרָהָם, יִצְחָק אוּן יַעֲקב‎׳ס אײֵניִקליִך, זעֶהט װיִ מעֶ װאַרפט זײֵ איִן װאַסעֶר אַרײַן!

געֶשװיִנד האָבּעֶן זיִך דיִ מלאכים פוּן היִמעֶל צוּ׳ם טײַך אַראָפּ אַ לאָז געֶטהוּן, בּיִז דיִ קניִה איִן װאַסעֶר געֶשטאַנעֶן, אוׂיף זײֵעֶרעֶ פליִגעֶל יוּדיִשעֶ קיִנדעֶר אוׂיפגעֶחאַפּט, מיִט זײֵ אוׂיף דיִ הוׂיכעֶ פעֶלזעֶן אַרוׂיף. דאָרט פוּן דיִ טריִקעֶנעֶ פעֶלזעֶן האָט זײֵ גאָט בּרוּסטעֶן אַרוׂיסבּעֶשאַפעֶן, פוּן װעֶלכעֶ דיִ קיִנדעֶר האָבּעֶן געֶזוׂיגעֶן אוּן זיִך עֶרנהעֶרט.

דיִ גְזֵרָה פוּן לײֵם אוּן ציִגעֶל.

פּרעה האָט דיִ יוּדעֶן אָפּגעֶנאַרט אוּן מיִט פאַלשקײַט זײֵ אײַנגעֶשפּאַנט איִן יאָך. צוּעֶרשט האָט עֶר געֶלאָזט אוׂיסרוּפעֶן, אַז מִצְרַיִם איִז איִן אַ סַכָּנָה, װײַל דיִ חַיָלוׂת פוּן כּוּש קעֶנעֶן קוּמעֶן אוּן אײַננעֶהמעֶן דאָס לאַנד, — דעֶריִבּעֶר דאַרף מעֶן אוׂיסמוׂיעֶרעֶן פעֶסטוּנגעֶן, אוּן װעֶר עֶס װיִל, זאָל זיִך שטעֶלעֶן צוּ דעֶר אַרבּײֵט „הײַנט אוּמזיִסט, מאָרגעֶן — פאַר געֶצאָהלט”. עֶר אַלײֵן איִז דעֶר עֶרשטעֶר אַרוׂיס צוּ דעֶר אַרבּײֵט מיִט אַ מוּלטעֶר לײֵם אוּן קנעֶט־געֶצײַג. װיִ דיִ יוּדעֶן האָבּעֶן איִהם דעֶרזעֶהן, זעֶנעֶן אַלעֶ געֶקוּמעֶן צוּ דעֶר אַרבּײֵט אוּן זיִך געֶפלײַסט אוׂיסצוּאַרבּײַטעֶן װאָס מעֶהר ציִגעֶל. נאָר אײֵן שֵבֶט לֵוִי איִז ניִט אַרוׂיס צוּ דעֶר אַרבּײֵט — איִז עֶר געֶבּליִבּעֶן פרײַ. דיִ איִבּעֶריִגעֶ שְׁבָטִים האָט מעֶן שוׂין ניִט אַרוׂיסגעֶלאָזעֶן אוּן געֶפאָדעֶרט פוּן זײֵ אַלעֶ טאָג אַזוׂי פיִעל ציִגעֶל װיִפיִעל זײֵ האָבּעֶן אוׂיסגעֶאַרבּײֵט דעֶם עֶרשטעֶן טאָג.

אַ גאַנצעֶן טאָג זעֶנעֶן זײֵ געֶשטאַנעֶן בּאָרװיִסעֶ אוּן געֶקנײֵטעֶן לײֵם מיִט שטרוׂי. פלעֶג זיִך דיִ שטרוׂי זײֵ אײַנשטעֶכעֶן איִן דיִ פוּס אוּן זײֵ צוּבּלוּטיִגט.

רָחֵל,שוּתֶלַח׳ס אײֵניִקעֶל, איִז געֶקוּמעֶן העֶלפעֶן איִהר מאַן טרעֶטעֶן לײֵם, אוּן טרעֶטעֶנדיִג, געֶבּוׂירעֶן אַ קיִנד, איִז דאָס קיִנד אײַנגעֶזוּנקעֶן איִן לײֵם, אוּן דיִ מצרים האָבּעֶן עֶס איִן װאַנד אײַנגעֶמוׂיעֶרט. קוּמט צוּשװעֶבּעֶן מִיכָאֵל הַמַלְאָך אוּן נעֶהמט־אַרוׂיס דאָס קיִנד פוּן מוׂיעֶר אוּן בּרעֶנגט עֶס פאַר׳ן כִּסֵא־הַכָּבוׂד. איִן דעֶר נאַכט איִז אָנ׳געֶחַתְמֶ׳ט געֶװאָרעֶן דעֶר גְזַר־דִין אוׂיף מצריִם.

איִנ׳ם זְכוּת פוּן דיִ פרוּמעֶ פֿרוׂיעֶן.

איִנ׳ם זכוּת פוּן דיִ פרוּמעֶ פרוׂיעֶן איִן יעֶנעֶם דוׂר זעֶנעֶן יוּדעֶן פוּן מצְרַיִם אוׂיסגעֶלײֵזט געֶװאָרעֶן. פוּן פאַר טאָג בּיִז שטאָק־נאַכט זעֶנעֶן זײֵעֶרעֶ ↰ 49 מאַנעֶן איִן פעֶלד אוּנטעֶר דעֶר בּרעֶנעֶנדיִגעֶר זוּן געֶשטאַנעֶן, מיִט דיִ נאַקיִטעֶ פוּס לײֵם געֶקנאָטעֶן אוּן מיִט צוּבּלוּטיִגטעֶ העֶנד ציִגעֶל געֶמאַכט. דיִ רוּט פוּן דיִ אַכְזָר׳יִשעֶ אוׂיפזעֶהעֶר האָט איִבּעֶר זײֵעֶר לײַבּ געֶסװיִטשעֶרט, אוּן בּלוּטיִגעֶר שװײֵלס מיִט טרעֶהרעֶן האָבּעֶן װיִ זאַלץ אוׂיף זײֵעֶרעֶ װאוּנדעֶן געֶשמאַרצט. איִן דעֶר צײַט פלעֶגעֶן זײֵעֶרעֶ כָּשֵׁר׳עֶ פרוׂיעֶן מיִט דיִ קרוּגעֶן צוּם טײַך אַרוׂיסגעֶהן, װאַסעֶר אַהײֵם אָנשעֶפּעֶן, האָט זײֵ גאָט בָּרוּך־הוּא לעֶבּעֶדיִגעֵ פיִשליִך איִן דיִ קרוּגעֶן צוּגעֶשיִקט אוּן ס׳האָט זיִך האַלבּ װאַסעֶר אָנגעֶשעֶפּט. זעֶנעֶן דיִ פרוׂיעֶן אַהײֵם געֶגאַנגעֶן, צװײֵ טעֶפּעֶליִך צוּגעֶשטעֶלט, אײֵנס מיִט אָקריִפּּ אוּן אײֵנס מיִט פיִשליִך, אוּן צוּ דיִ מאַנעֶן איִן פעֶלד אַװעֶקגעֶטראָגעֶן, זײֵ דאָרט אַרוּמגעֶװאַשעֶן, דיִ װאוּנדעֶן מיִט בּוׂימאײֵל אוׂיסגעֶשמיִרט, זײֵ אָנגעֶהאָדלװעֶט אוּן אָנגעֶטריִנקעֶן, אוּן צוּריִק אַהײֵם געֶגאַנגעֶן.

אוּן װעֶן דיִ זעֶלבּעֶ פרוׂיעֶן האָבּעֶן בּעֶדאַרפט צוּ־קיִנד געֶהן, האָבּעֶן זײֵ זיִך איִן פעֶלד אַװעֶקגעֶלאָזט אוּן דאָרט אוּנטעֶר אַ עֶפּיִלבּוׂים דיִ קיִנדעֶר געֶבּוׂירעֶן. אוּן גאָט פלעֶגט אַ גוּטעֶן מַלְאָך זײֵ צוּשיִקעֶן, װאָס פלעֶגט דאָס קיִנד אוׂיפנעֶהמעֶן, רײֵן אוׂיסבּאַדעֶן אוּן אוׂיספּוּצעֶן עֶס, װיִ אַ טרײַעֶ אַם זיִך מיִט דעֶם אָפּגעֶבּעֶן, מיִט האָניִג אוּן בּוׂימאײֵל עֶס עֶרנעֶהרעֶן. אוּן װיִ דיִ מִצְרִים האָבּעֶן עֶס דעֶרשפּיִרט זעֶנעֶן זײֵ געֶקוּמעֶן אַהיִן, דיִ קיִנדעֶרליִך פוּן דעֶר װעֶלט אוּמבּרײֵנגעֶן, פלעֶגט אַ נֵס געֶשעֶהן אוּן דיִ קיִנדעֶר זעֶנעֶן איִן דעֶר עֶרד אײַנגעֶשליִנגעֶן געֶװאָרעֶן. בּרעֶנגעֶן דיִ מצרים אָקסעֶן אוּן צוּאַקעֶרעֶן דאָס פעֶלד — האָט עֶס אָבּעֶר זײֵ ניִשט געֶשאַדט. װיִ דיִ יוּנגעֶ גרעֶזעֶליִך האָבּעֶן זײֵ דעֶרנאָך פוּן דעֶר עֶרד אַרוׂיסגעֵשפּראָצט, אוּן גאַנצעֶ טשעֶרעֶדעֶס־װײַז לעֶבּעֶדיִג אוּן פריִש אַהײֵם צוּ דעֶר מאַמעֶן געֶקוּמעֶן.

אוּן שפּעֶטעֶר, װעֶן יוּדיִשעֶ קיִנדעֶר זעֶנעֶן דעֶם יַם איִבּעֶרגעֶגאַנגעֶן אוּן גאָט האָט זיִך זײֵ דאָרט בּעֶװיִזעֶן, האָבּעֶן זײֵ איִהם דיִ עֶרשטעֶ דעֶרקעֶנט.

— „זֶה אֵלִי!” — האָט יעֶדעֶס פוּן זײֵ געֶטײַט מיִט׳ן פיִנגעֶר — אָט איִז גאָט, אָט דעֶר איִז עֶר!

נאָך דעֶר אַרבּײַט.

בּײַנאַכט נאָך דעֶר אַרבּײַט, האָבּעֶן דיִ יוּדעֶן אוׂיך ניִט געֶהאַט קײַן רוּה. דיִ מִצְרִים האָבּעֶן זיִך בּעֶדיִענט מיִט זײֵ איִן שטוּבּ אוּן איִן פעֶלד. אוּן אוׂיף צוּ לְהַכְעִיס פלעֶגעֶן זײֵ אַרוׂיפװאַרפעֶן דיִ װײַבּעֶרשעֶ אַרבּײַט אוׂיף מאַנספּערשוׂינעֶן אוּן דיִ מעֶנעֶרשעֶ אוׂיף פרוׂיעֶן: דעֶם מאַן האָבּעֶן זײֵ געֶהײֵסעֶן ↰ 50 קנעֶטעֶן בּרוׂיט, קאָכעֶן אוּן בּאַקעֶן, אוּן דעֶר פרוׂי — האַקעֶן האָלץ אוּן אַקעֶרעֶן איִן פעֶלד.

דיִ מאָס איִז איִבּעֶרפוּלט.

אוּן דאָס אַכְזָריוׂת פוּן פַּרְעה מיִט זײַנעֶ שָׂרִים האָט אַלץ געֶשטיִגעֶן טאָג צוּ טאָג. האָט בּײַ װעֶמעֶן פוּן דיִ יוּדיִשעֶ אַרבּײַטעֶר אײֵן ציִגעֶל צוּ דעֶר בּעֶשטיִמטעֶר צאָהל אוׂיסגעֶפעֶהלט, האָט מעֶן דאָס אָרט איִן מוׂיעֶר מיִט זײַנס אַ קיִנד פעֶרלעֶגט. דיִ פעֶרשטיִקטעֶ קוׂלוׂת פוּן דיִ אײַנגעֶמוׂיעֶרטעֶ קיִנדעֶר האָבּעֶן זיִך פוּן דעֶם מוׂיעֶר העֶרעֶן געֶלאָזט, פוּן דיִ װעֶנד זיִך געֶריִסעֶן, אוּן בּיִז׳ן היִמעֶל דעֶרגרײֵכט.

דיִ לעֶצטעֶ גְזֵרָה איִז געֶװעֶן פוּן בּלוּט: פַּרְעה איִז קרעֶציִג געֶװאָרעֶן, אוּן דיִ חַרְטוּמִים האָבּעֶן געֶגעֶבּעֶן אַ רפוּאָה, עֶר זאָל זיִך מאַכעֶן בּיִטליִך ¹) פוּן מעֶנשעֶן־בּלוּט. האָט עֶר בּעֶפוׂילעֶן, יעֶדעֶן פריִהמאָרגעֶן אוּן יעֶדעֶן אָװעֶנד אוׂיסקלוׂיבּעֶן ציִ הוּנדעֶרט פוּפציִג יוּדיִשעֶ קיִנדעֶרליִך, עֶר זאָל זיִך בּאָדעֶן איִן זײֵעֶר בּלוּט.

— דיִ מאָס איִז איִבּעֶרפוּלט — האָט גאָט געֶזאָגט — אַ אוׂיסלײֵזעֶר מוּז איִך זײֵ שיִקעֶן — אוּן האָט דעֶרצוּ אוׂיסגעֶקלוׂיבּעֶן משֶׁה׳ן, זײַן טרײַעֶן היִרט.

משֶׁהיִם עֶלטעֶרן.

עַמְרָם, משֶׁה׳ס פאָטעֶר, איִז געֶװעֶן דעֶר גרעֶסטעֶר מעֶנש פוּן יעֶנעֶם דוׂר. װיִ פַּרעה האָט בּעֶפוׂילעֶן אַרײַנצוּװאַרפעֶן דיִ נײַ־געֶבּאָרעֶנעֶ איִן טײַך — האָט עמרם זיִך געֶ׳גֶט מיִט זײַן פרוׂי, װײַל עֶר האָט געֶזאָגט: גלײַכעֶר גאָר קײַן קיִנדעֶר ניִט האָבּעֶן, אײֵדעֶר דעֶר רָשָׁע זאָל זײֵ אוּמבּרעֵנגעֶן. אוׂיף איִהם קוּקעֶנדיִג, האָבּעֶן אַלעֶ יוּדעֶן זיִך געֵ׳גֶט מיִט דיִ פרוׂיעֶן.

זאָגט צוּ איִהם זײַן טאָכטעֶר מִרְיָם:

— דײַן גְזֵרָה איִז נאָך עֶרגעֶר װיִ פּרעה׳ס: עֶר האָט גוׂזֵר געֶװעֶן נוּר אוׂיף זְכָרִים, דוּ — אוׂיף נְקֵבוׂת אוׂיך; עֶר איִז אַ רָשָׁע — קעֶן זײַן בּעֶפעֶהל אָפּגעֶרוּפעֶן װעֶרעֶן, דוּ בּיִסט אַ צַדִיק — אוּן דײַן גְזֵרָה װעֶט פעֶסט בּלײַבּעֶן.

¹) בּאָד׳װאַנעֶס.

האָט עמרם צוּריִקגעֶנוּמעֶן יוׂכֶבֶד׳ן, געֶשטעֶלט אַ חוּפָּה מיִט כֵּלִי־זֶמֶר, ↰ 51 אַהרן מיִט מרים׳ן האָבּעֶן געֶטאַנצט אוּן מַלְאָכִים איִן היִמעֶל האָבּעֶן זיִך געֵפרעֶהט. אוׂיף עמרם׳ן קוּקעֶנדיִג, האָבּעֶן אַלעֶ װיִדעֶר חֲתוּנָה געֶהאַט מיִט זײֵעֶרעֶ פרוׂיעֶן.

משֶׁה׳ס געֶבּוּרט.

זיִעבּעֶן חָדָשִים נאָך עַמְרָם׳ס צװײֵטעֶר חֲתוּנָה, איִז משֶׁה געֶבּאָרעֶן געֶװאָרעֶן. דאָס גאַנצעֶ הוׂיז איִז דאַמאָלס פוּל געֶװאָרעֶן מיִט ליִכטיִגעֶר שײַן, — אוּן מִרְיָם האָט נְבִיאוּת געֶזאָגט: דאָס קיִנד װעֶט זײַן דעֶר העֶלפעֶר פוּן יוּדיִשעֶן פאָלק.

איִן דרײַ חדשיִם אַרוּם, אַז דיִ מוּטעֶר האָט איִהם שוׂין מעֶהר ניִט געֶקעֶנט אוׂיסבּעֶהאַלטעֶן אוּן אַרײַנגעֶלעֶגט איִן קעֶסטעֶל אוׂיף אַרײַנצוּװאַרפעֶן איִן טײַך, פרעֶגט זיִ מִרְיָם׳ן: טאָכטעֶר מײַנעֶ, װאוּ איִז דײַן נְבִיאוּת ? — האָט זיִך מרים געֶשטעֶלט בּײַם טײַך פוּן װײַטעֶן, כְּדֵי צוּ זעֶהן, װאָס װעֶט װעֶרעֶן מיִט איִהר נְבִיאוּת.

דעֶם טאָג האָט גאָט אַרוׂיסגעֶצוׂיגעֶן דיִ זוּן פוּן איִהר שײֵד ¹), — איִז פַּרְעה׳ס טאָכטעֶר געֶגאַנגעֶן זיִך בּאָדעֶן אוּן געֶפוּנעֶן דאָס קיִנד. אוּן משה האָט ניִט געֶװאָלט נעֶהמעֶן זוׂיגעֶן בּײַ קײֵן מִצְרִישעֶר פרוׂי, בּיִז מִרְיָם האָט געֶבּראַכט דיִ מוּטעֶר יוׂכֶבֶד פאַר אַן אַם.

דיִ פּרוּב.

נאָכ׳ן אַנטװאוׂינעֶן האָט יוׂכֶבֶד געֶבּראַכט משֶה׳ן איִן פַּרְעה׳ס פּאַלאַץ אוּן אַלעֶ הוׂיפלײַט האָבּעֶן איִהם זעֶהר ליִעבּ געֶהאַט. פּרעה אַלײֵן פלעֶגט איִהם אוׂיך אָפט אוׂיף דיִ העֶנד האַלטעֶן אוּן זיִך מיִט איִהם שפּיִעלעֶן.

אײַנמאָל, שפּיִעלעֶנדיִג, נעֶהמט משה אַראָפּ דיִ קרוׂין פוּן פּרעה׳ס קאָפּּ אוּן מעֶסט־אָן אוׂיף זיִך. דיִ חַרְטוּמִים האָבּעֶן דאָס דעֶרזעֶהן, זאָגעֶן זײֵ צוּ פּרעה׳ן: היִט זיִך פאַר דעֶם קיִנד! אַז עֶר װעֶט אוׂיסװאַקסעֶן, װעֶט עֶר בּײַ דיִר דיִ מְלוּכָה ציִנעֶהמעֶן. בּעֶסעֶר טוׂיט איִהם קלײֵנעֶרהײֵד.

יִתְרוׂ ²) איִז אוׂיך צװיִשעֶן זײֵ געֶװעֶן, האָט עֶר געֶגעֶבּעֶן אַ עֵצָה, מעֶן ↰ 52 זאָל דאָס קיִנד אַזוׂי אוׂיספּרוּבעֶן: בּרעֵנגעֶן צװײֵ שיִסלעֶן, אײֵנעֶ מיִט גיִלדעֶרנעֶ רעֶנדליִך אוּן אײֵנעֶ מיִט גליִהעֶנדעֶ קוׂילעֶן, װעֶט עֶר נעֶהמעֶן דיִ רעֶנדליִך, איִז אַ סִימָן, אַז עֶר איִז קלוּג — דאַרף מעֶן איִהם טוׂיטעֶן; װעֶט עֶר חאַפּעֶן דאָס פײַעֶר, איִז אַ סיִמן, אַז ס׳איִז אַ נאַריִש קיִנד אוּן קעֶן קײַן שלעֶכטס ניִט טהוּן — דאַרף מעֶן איִהם לאָזעֶן לעֶבּעֶן. האָט מעֶן געֶבּראַכט דיִ צװײֵ שיִסלעֶן, טהוּט זיִך משה אַ ציִה צוּם גאָלד, — קוּמט דעֶר מַלְאָך גַבְרִיאֵל אוּן שטוׂיסט אָפּ דאָס העֶנטיִל זײַנס צוּם פײַעֶר, חאַפּט משה אַרײַן אַ בּרעֶנעֶנדיִגעֶ קוׂיל איִן מוׂיל. דעֶרפוּן איִז עֶר געֶװאָרעֶן שװעֶר אוׂיף דעֶר צוּנג.

¹) ד. ה. ס׳איז געװען אַ גרויסע היִץ. ²) דער גלח פוּן מדין, שפּעטער — משה׳ס שװער.

משֶׁה געֶהט־אַרוׂיס צוּ זײַנעֶ בּריִדעֶר.

אַז משה איִז אוׂיסגעֶװאַקסעֶן אוּן געֶזעֶהן, װיִ מעֶן פּײַניִגט זײַנעֶ בּריִדעֶר האָט עֶר ניִשט געֶקעֶנט זײֵעֶר צַעַר צוּזעֶהן. טיִעף האָט איִהם אוׂיף זײֵ דאָס האַרץ געֶקרעֶנקט אוּן ניִשט קוּקעֶנדיִג אוׂיף זײַן הוׂיכעֶן ראַנג האָט עֶר אַלײֵן מיִט אײֵגעֶנעֶ העֶנד מיִטגעֶהאָלפעֶן זײֵ אַרבּײַטעֶן, װיִ װײַט עֶר האָט געֶקעֶנט זיִך בּריִדעֶרליִך בּעֶמיִהט צוּ פעֶרלײַכטעֶרעֶן זײֵעֶר שװעֶרעֶן פּײַן, דעֶם אוּנטעֶרגעֶשטעֶלט אַ פּלײֵצעֶ, יעֶנעֶם אוּנטעֶרגעֶהוׂיבּעֶן אַ צוּ שװעֶרעֶ מַשָׂא, דאָ געֶקוּמעֶן צוּ היִלף אַ שװאַכעֶר פרוׂי, דאָרט — אַ אַלטעֶן מאַן אָדעֶר אַ יוּנג קיִנד. אוּן געֶטהוּן האָט עֶר עֶס אַלץ אַזוׂי, גלײַך װיִ עֶר איִז אוׂיסעֶן גאָר דעֶם קעֶניִג׳ס טוׂבָה.

דעֶרזעֶהן אַזאַ גרוׂיסמוּטהיִג בּעֶנעֶהמעֶן זיִך פוּן משה׳ן האָט גאָט איִהם געֶזאָגט:

— משֶׁה, דוּ בּיִסט פוּן קעֶניִגליִכעֶן פּאַלאַץ צוּ דיִ געֶפאַלעֶנעֶ יוּדעֶן אַרוׂיס אוּן װיִ אַ געֶטרײַעֶר בּרוּדעֶר זיִך מיִט זײֵ בּעֶגאַנגעֶן — דעֶרפאַר פעֶרלאָז איִך דיִ הוׂיכעֶ היִמלעֶן אוּן לאָז זיִך פוּן דאָרט אַראָפּ מיִט דיִר צוּ רײֵדעֶן.

געֶזעֶהן װיִ זײַנעֶ בּריִדעֶר פּײַניִגעֶן זיִך טאָג־טעֶגליִך איִן דעֶר שװעֶרעֶר אַרבּײַט אוּן האָבּעֶן קײֵנמאָל קײַן רוּה ניִט, איִז עֶר געֶקוּמעֶן צוּ פַּרְעה׳ן אוּן געֶזאָגט: פוּן שטעֶנדיִגעֶר אַרבּײַט, אָהן אוׂיפהעֶר, קעֶנעֶן זײֵ אַלעֶ אוׂיסשטאַרבּעֶן, אוּן װעֶסט פעֶרליִרעֶן אַזוׂי פיִעֶל קנעֶכט. זאָגט איִהם פּרעה: טהוּ, װיִ דיִ פעֶרשטעֶהסט. האָט משה אײַנגעֶפיִהרט, זײֵ זאָלעֶן רוּהעֶן אײֵן טאָג איִן װאָך — שַׁבָּת.

↤ 53

דיִ גאַנצעֶ צײַט האָט עֶר געֶטראַכט: רבּוׂנוׂ־שֶׁל־עוׂלָם! מיִט װאָס זעֶנעֶן יוּדעֶן זיִנדיִגעֶר פאַר אַלעֶ פעֶלקעֶר, פאַרװאָס קוּמט זײֵ מעֶן זאָל זײֵ אַזוׂי פיִעל פּײַניִגעֶן?

שפּעֶטעֶר, אַז עֶר האָט געֶ׳הַרְג׳ט דעֶם מִצְרִי, אוּן דָתָן וַאֲבִירָם האָבּעֶן עֶס דעֶרצעֵהלט פּרעה׳ן, האָט משׁה געֶזאָגט:

— אָכֵן נוׂדַע הַדָבָר, איִצט װײֵס איִך שוׂין פאַרװאָס. עֶס װײַזט אוׂיס, אַז גאָט שטראָפט מײַן פאָלק פאַר דיִ זיִנד פוּן מַסֶר׳ן אוּן לָשוׂן־הָרָע רעֶדעֶן.

אַנטלאָפעֶן.

װיִ פּרעה האָט זיִך דעֶרװאוּסט פוּן דעֶר מַעֲשֶׂה מיִט׳ן מִצְרִי, האָט עֶר בּעֶפוׂילעֶן מעֶן זאָל בּרעֵנגעֶן אַ שאַרף געֶשליִפעֶנעֶ שװעֶרד אוּן משה׳ן קעֶפּעֶן ¹). איִז געֶשעֶהן אַ נֵס, אוּן משׁה׳ס האַלז איִז געֶװאָרעֶן האַרט אוּן פעֶסט װיִ אַ מאַרמעֶרנעֶ זײַל! דעֶר תַּלְיָן ²) גיִט אַ זעֶץ אײֵנמאָל, אוּן דיִ שװעֶרד שפּריִנגט אָפּ פוּן האַלז אוּן צוּפאַלט אוׂיף בּרעֶקליִך! האָט מעֶן געֶבּראַכט נאָך אַ שװעֶרד אוּן נאָך אַ שװעֶרד, אײֵנס שאַרפעֶר פוּן אַנדעֶרעֶן, בּיִז צעֶהן מאָל, אוּן אַלעֶ זעֶנעֶן צוּבּראָכעֶן געֶװאָרעֶן אוּן משׁה׳ן האָט גאָרניִט געֶשאַדט.

האָט פּרעה בּעֶפוׂילעֶן, מעֶן זאָל איִהם חאַפּעֶן אוּן בּיִנדעֶן — קוּמט אַ מלאָך אוּן פעֶרשטעֶלט זיִך איִן משה׳ס געֶשטאַלט, װיִל מעֶן איִהם חאַפּעֶן, — דעֶרװײַל אַנטלוׂיפט משה, אוּן דעֶר מלאָך װעֶרט אוׂיך בּאַלד פעֶרשװאוּנדעֶן.

אוּן פוּן פּרעה׳ס שָׂרִים איִז דעֶר געֶװאָרעֶן בּליִנד, דעֶר — טוׂיבּ, דעֶר — שטוּם.

פרעֶגט פּרעה דיִ שטוּמעֶ: װאוּ איִז משה ? — קעֶנעֶן זײֵ ניִט עֶנטפעֶרעֶן; פרעֶגט עֶר דיִ טוׂיבּעֶ — העֶרעֶן זײֵ ניִט, אוּן דיִ בּליִנדעֶ — זעֶהעֶן ניִט. אַזוׂי איִז משה אַנטרוּנעֶן ³) געֶװאָרעֶן.

איִן לאַנד כּוּשׁ.

דעֶרװײַל האָט דעֶר מֶלֶך פוּן כּוּשׁ מִלְחָמָה געֶהאַלטעֶן מיִט׳ן מלך פוּן כִּתִּים, אוּן משה איִז, אַנטלוׂיפעֶנדיִג פוּן מִצְרַיִם, אַרײַנגעֶפאַלעֶן איִנמיִטעֶן קריִעג צװיִשעֶן בּײֵדעֶ מַחֲנוׂת ⁴).

¹) דעם קאָפּ אָפּהאַקען. ²) הענקער, שאַרף־מײַסטער, ³) אַנטלאָפען. סערשװאוּנדען. ⁴) לאַגערען.

↤ 54

האָבּעֶן דיִ חַיָלוׂת פוּן כּוּש איִהם געֶבּראַכט צוּ זײֵעֶר מֶלֶך אוּן געֶזאָגט: עֶר װײַזט־אוׂיס װיִ אַ מְרַגֵל פוּן דיִ כִּתִּים, װאָס איִז געֶקוּמעֶן אוׂיסשפּיִרעֶן אוּנזעֶר לאַגעֶר.

דעֶרצעֶהלט משׁה, װעֶר עֶר איִז אוּן פוּן װאַנעֶן עֶר קוּמט. זאָגט דעֶר מֶלֶך צוּ איִהם: װיִ בּאַלד דוּ בּיִסט פוּן פַּרְעה׳ס הוׂיף אוּן קעֶנסט דיִ חָכְמַת מִצְרַיִם ¹), העֶלף־זשעֶ מיִר איִצט איִן דעֶר מִלְחָמָה מיִט דײַנעֶ קלוּגעֶ עֵצוׂת, װעֶל איִך דיִך גרוׂיס מאַכעֶן. האָט משה איִהם געֶהאָלפעֶן אײַננעֶהמעֶן דעֶם שׂוׂנֵא, דעֶרפאַר האָט איִהם דעֶר מלך געֶשטעֶלט העֶכעֶר איִבּעֶר אַלעֶ העֶרעֶן פוּן לאַנד אוּן משה האָט געֶהעֶרשט איִן כּוּש פעֶרציִג יאָהר.

אוּן דיִ העֶרעֶן זעֶנעֶן בּײֵז געֶװעֶן, װאָס אַ פרעֶמדעֶר העֶרשט איִן לאַנד, נאָר זײֵ האָבּעֶן איִהם גאָרניִט געֶקעֶנט טהוּן, װײַל דעֶר מֶלֶך האָט איִהם געֶשיִצט, אוּן דאָס פאָלק האָט איִהם ליִעבּ געֶהאַט פאַר דיִ גוּטעֶ געֶזעֶצעֶן, װאָס עֶר האָט אַרוׂיסגעֶגעֶבּעֶן.

נאָכ׳ן קעֶניִגט טוׂיט האָט דאָס פאָלק משה׳ן געֶקרײֵנט פאַר אַ קעֶניִג, — האָט עֶס דיִ העֶרעֶן נאָך מעֶהר פעֶרדראָסעֶן, אוּן זײֵ האָבּעֶן שטיִלעֶרהײֵד זיִך בּעֶראַטעֶן, מעֶן זאָל איִהם טוׂיטעֶן.

אַז משֶה האָט דעֶרשפּיִרט, װאָס זײֵ טראַכטעֶן צוּ טהוּן מיִט איִהם, — איִז עֶר פוּן דאָרט אַנטלאָפעֶן איִן מִדְיָן.

יִתְרוׂ.

דעֶר גרעֶסטעֶר גַלָׂח איִן מִדְיָן צוּ יעֶנעֶר צײַט איִז געֶװעֶן יִתְרוׂ. אוׂיף דעֶר עֶלטעֶר האָט עֶר זיִך אַרוּמגעֶקוּקט, אַז זײַן גאָט איִז ניִשט מעֶהר װיִ אַ שטיִק האָלץ אוּן האָט ניִט קײַן שוּם מַמָשׁוּת. האָט עֶר איִבּעֶרגעֶפּרוּבט אוּן אוׂיסגעֶדיִענט װיִ אַן עֲבוׂדָה־זָרָה איִן גאָר דעֶר װעֶלט אוּן געֶזעֶהן, אַז זײֵ טוׂיגעֶן געֶן אַלעֶ ניִט.

¹) מצרים איז פערצײַטען געװען בּעריִהמט מיִם איִהר װיִסענשאַפט.

רוּפט עֶר צוּנוׂיף דיִ שטאָדט־לײַט אוּן זאָגט זײֵ: „ביִז הײַנט האָבּ איִך אײַך געֶדיִענט, איִצט בּיִן איִך שוׂין אַלט אוּן שװאַך — קלוׂיבּט אײַך אוׂיס אַן אַנדעֶר גַלָח אוׂיף מײַן אָרט”. אוּן בּײַ דיִ װעֶרטעֶר האָט עֶר זײֵ איִבּעֶרגעֶגעֶבּעֶן דיִ געֶטליִך מיִט זײֵעֶר גאַנצעֶן קליִפּעֶר־געֶצײַג. האָבּעֶן זײֵ פעֶרשטאַנעֶן, אַז עֶר לײֵקעֶנט איִן זײֵעֶר עֲבוׂדָה־זָרָה, האָט עֶס זײֵ שטאַרק פעֶרדראָסעֶן אוּן האָבּעֶן אוׂיף איִהם אַ חֵרֶם אַרוׂיפגעֶלעֶגט: קײֵנעֶר האָט ניִט געֶטאָרט בּײַ איִהם ↰ 55 אַרבּײַטעֶן, ניִט אוׂיסרעֶדעֶן מיִט איִהם אַ װאָרט. האָט עֶר געֶדאַרפט אַ היִרט, האָט קײֵנעֶר צוּ איִהם ניִט געֶװאָלט געֶהן. דעֶריִבּעֶר האָבּעֶן זײַנעֶ טעֶכטעֶר געֶמוּזט פיִטעֶרעֶן דיִ שאָף, בּיִז משֶה איִז געֶקוּמעֶן אוּן זײֵעֶר אָרט פעֶרטראָטעֶן.


אַ טרײַעֶר היִרט.

אַז משֶה האָט געֶפיִטעֶרט יִתְרוׂ׳ס שאָף איִן מִדְבָּר, איִז אײֵנמאָל בּײַ איִהם אַ שעֶפעֶלעֶ אַנטלאָפעֶן פוּן דעֶר טשעֶרעֶדעֶ אוּן עֶר האָט עֶס נאָכגעֶיאָגט אוּן געֶטראָפעֶן היִנטעֶרן בּאַרג, װיִ עֶס שטעֶהט בּײַם טײַך אוּן טריִנקט. זאָגט משה: אָריִם שעֶפעֶלעֶ, ניִט געֶװאוּסט האָבּ איִך, אַז דוּ בּיִסט אַזוׂי דאָרשטיִג, אוּן אוּמזיִסט דיִך געֶיאָגט אוּן געֶטריִבּעֶן: איִצט בּיִסטוּ נעֶבּיִך מיִעד, קוּם, אוׂיפ׳ן אַקסעֶל װעֶל איִך דיִך נעֶהמעֶן אוּן צוּריִק אָפּטראָגעֶן.

איִז אַרוׂיס אַ בַּת־קוׂל אוּן געֶזאָגט:

— דעֶרפאַר װאָס דוּ האָסט אַזוׂי פיִעל רַחְמָנוּת אוׂיף אַ שטיִמעֶ צוּנג, װעֶסטוּ זוׂכֶה זײַן צוּ פיִטעֶרעֶן מײַנעֶ הײֵליִגעֶ שאָף — דאָס פאָלק יִשְׂרָאֵל.

דעֶר דאָרנבּוׂים.

משֶה האָט זיִך אַרוּמגעֶפיִהרט מיִט יִתְרוׂ׳ס שאָף איִן דעֶר מִדְבָּר, אוּן דאָס האַרץ זײַנס איִז געֶװעֶן בּײַ זײַנעֶ געֶפּײַניִגטעֶ בּריִדעֶר איִן מִצְרַיִם. „װאָס װעֶט זײַן מיִט זײֵ דעֶר סוׂף — האָט משה פעֶרצװײֵפעֶלט געֶטראַכט — ציִ װעֶלעֶן זײֵ דאָס אוׂיסהאַלטעֶן, ציִ פאַר גרוׂיסעֶ צָרוׂת אוּן פּײַן װעֶלעֶן זײֵ איִנגאַנצעֶן פוּן דעֶר װעֶלט ניִשט אוּמקוּמעֶן?”

דאָ האָט זיִך איִהם גאָט בּעֶװיִזעֶן איִן פײַעֶר פוּן אַ דאָרנבּוׂים.

— משה — האָש איִהם גאָט געֶזאָגט — ציִ מײֵנסטוּ דעֶן, אַז איִך האָבּ איִן מײַנעֶ קיִנדעֶר פעֶרגעֶסעֶן? ציִ שפּיִרסטוּ ניִשט, אַז זײֵעֶר צַעַר איִז מײַן צַעַר? אָט זעֶה פוּן װאַנעֶן מײַן שְׁכִינָה בּעֶװײַזט זיִך דיִר איִצט — פוּן אַ דאָרנבּוׂים: מיִט זײֵ איִן אײֵנעֶם לײַד איִך, אַ גלײַכעֶר שׁוּתָּף בּיִן איִך איִן זײֵעֶר צַעַר. זעֶהסטוּ אָבּעֶר אָט דעֶם דאָרנבּוׂים װיִ עֶר בּרעֶנט אוּן װעֶרט ניִשט פעֶרבּרעֶנט — צוּ איִהם זעֶנעֶן דיִ יוּדיִשעֶ קיִנדעֶר געֶגליִכעֶן: קײַנעֶ צָרוׂת אוּן פּײַן װעֶלעֶן זײֵ פוּן דעֶר װעֶלט ניִשט אוּמבּרעֵנגעֶן.


משֶׁה׳ס שטעֶקעֶן.

משה׳ס שטעֶקעֶן פוּן סאַפּפיִרעֶן האָט גאָט בּעֶשאַפעֶן דעֶם עֶרשטעֶן פרײַטמאָג פאַר נאַכט אוּן איִבּעֶרגעֶגעֶבּעֶן אָדָם׳ן איִן גַן־עֵדֶן. דעֶרנאָך איִז דעֶר ↰ 56 שטעֶקעֶן אַריִבּעֶר פוּן האַנד צוּ האַנד צוּ חֲנוׂך, שֶׁם בֶּן נחַ, אַבְרָהָם יִצְחָק וְיַעֲקב‎ — בּיִז יוׂסֵף׳ן. נאָך יוׂסֵף׳ס טוׂיט האָט מעֶן זײַן גאַנץ פעֶרמעֶגעֶן אוּן גוּטס אַריִבּעֶרגעֶטראָגעֶן איִן קעֶניִגליִכעֶן שאַץ־קאַמעֶר, דעֶריִנעֶן אוׂיך דעֶם שטעֶקעֶן.

יִתְרוׂ איִז געֶװעֶן אײֵנעֶר פוּן דיִ חַרְטוּמֵי מצְרַיִם, האָט עֶר חֵשֶק בּעֶקוּמעֶן צוּם שטעֶקעֶן, צוּגעֶנוּמעֶן איִהם אוּן אײַנגעֶפלאַנצט בּײַ זיִך איִן גאָרטעֶן. האָט קײֵן מעֶנש צוּ יעֶנעֶם אָרט ניִט געֶקעֶנט צוּטרעֶטעֶן, בּיִז משה איִז אַהיִן געֶקוּמעֶן אוּן דעֶם שטעֶקעֶן אוׂיסגעֶריִסעֶן.

אַז יִתרוׂ האָט דאָס דעֶרזעֶהן, האָט עֶר געֶזאָגט: — אָט דעֶר מעֶנש װעֶט װײַזעֶן װאוּנדעֶר מיִט דעֶם שטעֶקעֶן אוּן אוׂיסלאָזעֶן דיִ יוּדעֶן פוּן מצריִם.

דיִ זְקֵנִים האָבּעֶן זיִך אָפּגעֶטראָגעֶן.

אַז משֶה מיִט אַהרנ׳עֶן זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן קײַן מצריִם, האָבּעֶן זײֵ צוּנוׂיפגעֶרוּפעֶן דיִ זִקְנֵי־יִשְׂרָאֵל אוּן מיִט זײֵ צוּזאַמעֶן געֶלאָזט זיִך געֶהן צוּ פרעה׳ן, אוּנטעֶרװעֶגס האָבּעֶן דיִ זְקֵנִים אײֵנציִגװײַז זיִך אָפּגעֶריִקט אוּן בִּגְנֵבָה אַװעֶק צוּריִק; בּיִז מעֶן איִז געֶקוּמעֶן צוּ פּרעה׳ס פּאַלאַץ, איִז קײֵנער ניִט געֶבּליִבּעֶן חוּץ משה אוּן אַהרן.

דעֶרפאַר האָט גאָט דיִ זקניִם בּעֶשטראָפט:

אוׂיפ׳ן בּאַרג סִינַי, בְּעֵת מַתַּן־תּוׂרָה, האָט גאָט געֶזאָגט: „משה ואהרן קוּמט אַרוׂיף פוּן אוׂיבּעֶן, אוּן איִהר, זקניִם, בּלײַבּט שטעֶהעֶן דאָרט אוּנטעֶר׳ן בּאַרג”.

משֶׁה אוּן אַהֲרן בּײַ פַּרְעׂה׳ן.

פּרעה האָט זיִך בּעֶריִהמט אַז עֶר איִז אַ גאָט, אוּן אַלעֶ האָבּעֶן איִהם געֶ׳חַנְפֶ׳ט אוּן זיִך צוּ איִהם געֶבּוּקט.

דעֶר טאָג, װאָס משה אוּן אהרן זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן צוּ איִהם, איִז געֶװעֶן אַ קרוׂין־טאָג, אוּן אַלעֶ מְלָכִים פוּן מִזְרָח אוּן מַעֲרָב זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן צוּ פּרעה׳ן אוּן בּעֶקרײֵנט איִהם מיִט זײֵעֶרעֶ קרוׂינעֶן אוּן אוׂיסגעֶרוּפעֶן, אַז עֶר איִז דעֶר העֶרשעֶר פוּן גאָר דעֶר װעֶלט.

דעֶרװײַ קוּמעֶן פּרעה׳ס דיִענעֵר אוּן מעֶלדעֶן איִהם, אַז צװײֵ אַלטעֶ לײַט שטעֶהעֶן בּײַם טיִר פוּן פּאַלאַץ.

זאָגט עֶר: לאָזט זײֵ, זאָלעֶן זײֵ פּרוּבעֶן אַרײַנגעֶהן.

דעֶר פּאַלאַץ האָט געֶהאַט פיִער הוּנדעֶרט טיִרעֶן אוּן בײַ יעֶדעֶר טיִר ↰ 57 זעֶנעֶן געֶשטאַנעֶן לײֵבּעֶן מיִט לעֶמפּעֶרטעֶן אוּן קײֵנעֶם ניִט דוּרכגעֶלאָזט, בּיִז מעֶן װעֶט זײֵ געֶבּעֶן צוּ עֶסעֶן מעֶנשעֶן־פלײֵש.

אַז משה מיִט אַהרנ׳עֶן האָבּעֶן זיִך געֶלאָזט איִן פּאַלאַץ אַרײַן האָבּעֶן דיִ װיִלדעֶ חַיוׂת זיִך אַרוּם זײֵ געֶדרעֶהט, געֶלעֶקט זײֵ דיִ פוּס אוּן בּעֶגלײֵט בּיִז צוּ פּרעה׳ס שטוּל.

דעֶרזעֶהעֶן פאַר זיִך דיִ מלכים צװײֵ געֶטלִיך־שעֶהנעֶ זקניִם: דיִ נעֶשטאַלטעֶן — װיִ מלאָכים פוּן היִמעֶל, דעֶר װאוּקס — װיִ הוׂיכעֶ טעֶנעֶנבּײֵמעֶר, דיִ אוׂיגעֶן — װיִ ליִכטיִגעֶ שטעֶרעֶן, דיִ בעֶרד — װיִ העֶנגליִך פוּן טײֵטעֶל־בּײֵמעֶר, אוּן איִן משה׳ס האַנד — דעֶר שטעֶקעֶן פוּן סאַפּיִר־שטײֵן, מיִט׳ן שֵׁם־הַמְפוׂרָש אוׂיף איִהם אוׂיסגעֶקריִצט. מיִט גרוׂיס עֶהרעֶ־פוּרכט פאַלעֶן דיִ קעֶניִגעֶן צוּ דעֵר עֶרד אוּן בּוּקעֶן זיִך פאַר זײֵ.

אוּן פּרעה זיִצט אוׂיפ׳ן שטוּל, קוּקט אוׂיף משה ואהרן אוּן װאַרט, זײֵ זאָלעֶן איִהם דעֶרלאַנגעֶן אַ קרוׂין אָדעֶר װײַזעֶן פּאַפּיִערעֶן, װעֶלכעֶר מלך האָט זײֵ געֶשיִקט פאַר שלוּחים. צוּלעֶצט פרעֶגט עֶי:

— װעֶר זעֶנט איִהר?

— גאָט׳ס שְלוּחִים.

— דאָס פעֶרלאַנגט איִהר?

— אַזוׂי האָט דעֶר יוּדיִשעֶר גאָט בּעֶפוׂילעֶן: שיִק אַרוׂיס מײַן פאָלק, — װעֶלעֶן זײֵ מיִר דיִענעֶן איִן דעֶר מִדְבָּר.

— װעֶר איִז עֶס אײַעֶר גאָט, װאָס שיִקט מיִר בּעֶפעֶהלעֶן? — פרעֶגט פּרעה מיִט פעֶרדרוּס אוּן קוּקט דעֶרבּײַ זײֵ איִן דיִ העֶנד — װאָס האָט עֶר מיִר קײַן קרוׂין ניִט געֶשיִקט? װאַרט, איִך װעֶל אַרוׂיסנעֶהמעֶן דעֶם רײֵסטעֶר ¹) פוּן אַלעֶ געֶטעֶר אוּן זעֶהן, ציִ שטעֶהט עֶר דאָרט פעֶרשריִבּעֶן.

בּרײֵנגט מעֶן פוּן אַרכיִװ ²) דעֶם רײֵסטעֶר אוּן פּרעה הוׂיבּט־אָן צוּ לײֵעֶנעֶן:

דעֶר גאָט פוּן מוׂאָב... דעֶר גאָט פוּן עמוׂן... דעֶר גאָט פוּן ציִדוׂן.

— זעֶהט איִהר — לאָזט פּרעה אוׂיס — אײַעֶר גאָט איִז איִן צעֶטעֶל ניִטאָ.

משה מיִט אַהרן האָבּעֶן זיִך איִבּעֶרגעֶקוּקט אוּן געֶשמײֵכעֶלט. װיִ אײֵנעֶר זאָגט: נאַר אײֵנעֶר, װיִ פאַלט דיִר אײַן צוּ זיִכעֶן אַ כּהֵן אוׂיפ׳ן בֵּית־הַקְבָרוׂת ³)? װיִ קוּמט אַ לעֶבּעֶדיִגעֶר צװיִשעֶן מֵתִים?

¹) צעֶטעֶל, פעֶרצײֵכניִש. ²) דיִ קאַמעֶר, װאוּ ס׳ליִגעֶן דיִ אַלטעֶ פּאַפּיִרעֶן אוּן דאָקוּמעֶנטעֶן. ³) אַ כּהן טאָר ניִט געֶהן אוׂיפ׳ן בּית־עוׂלם.

↤ 58

— אוּמזיִסט איִז דײַן מיִה — זאָגעֶן זײֵ פּרעה׳ן — אוּנזעֶר גאָט איִז אַ לעֶבּעֶדיִגעֶר, דעֶר קעֶניִג פוּן גאָר דעֶר װעֶלט, אוּן בּײַ דיִר איִן צעֶטעֶל צװיִשעֶן געֶטעֶר־מֵתִים װעֶסטוּ איִהם געֶװיִס ניִשט געֶפוּנעֶן.

— רעֶכט! — זאָגט פּרעה — אָבּעֶר װעֶר אוּן װאָס איִז עֶר, דעֶר גאָט אײַעֶרעֶר, אַ יוּנגעֶרמאַן ציִ אַ זָקֵן? װיִפיִעל איִז עֶר אַלט? װיִפיִעל שטעֶדט האָט עֶר אײַנגעֶנוּמעֶן? אוׂיף װיִפיִעל מְדִינוׂת געֶװעֶלטיִגט עֶר? װעֶן איִז עֶר אוׂיפ׳ן טראָהן אַרוׂיף?

— װיִלסט װיִסעֶן װעֶר אוּנזעֶר גאָט איִז — עֶנטפעֶרעֶן זײֵ — אָט װעֶר: עֶר איִז דעֶר שטאַרקסטעֶר אוּן דעֶר אַלמעֶכטיִגסטעֶר, זײַן קראַפט איִז פוּל דיִ גאַנצעֶ װעֶלט, עֶר איִז דעֶר עֶװיִגסטעֶר, געֶװעֶן פאַר אַלעֶ װעֶלטעֶן אוּן אַלעֶ װעֶלטעֶן װעֶט עֶר איִבּעֶרלעֶבּעֶן, עֶר איִז דעֶר אײֵנציִגעֶר בּעֶשעֶפעֶר, בּעֶשאַפעֶן האָט עֶר דיִך אוּן געֶגעֶבּעֶן לעֶבּעֶן אַלעֶ בְּרוּאִים. װאָס זײַנעֶ װעֶרק זעֶנעֶן, פרעֶגסטוּ? אָט װאָס: עֶר שפּרײֵט־אוׂיס דיִ היִמלעֶן אוּן בּעֶפּעֶסטיִגט דיִ גרוּנדעֶן פוּן דעֶר עֶרד, זײַן שטיִמעֶ שלאָגט־אוׂיס פלאַמעֶן פײַעֶר, בּרעֶכט־אײַן בּעֶרג אוּן בּרעֶקעֶלט פעֶלזעֶן, זײַן בּוׂיגעֶן איִז פײַעֶר, זײַנעֶ פײַלעֶן — פלאַם, זײַן שפּיִז — גלוּטה, זײַן פּאַנצעֶר — װאָלקעֶנס, זײַן שװעֶרד — אַ בּליִץ, עֶר בּלאָזט־אוׂיף הוׂיכעֶ בּעֶרג אוּן טרעֶט־אוׂיס טיִעפעֶ טהאָלעֶן, היִלט־אײַן דיִ היִמלעֶן איִן װאָלקעֶנס, בּעֶגיִעסט דיִ עֶרד מיִט רעֶגעֶנס אוּן טהוׂי אוּן בּעֶגריִנט זיִ מיִט גראָזעֶן אוּן בּײֵמעֶר, װאַרפט קעֶניִגעֶן אוּן שטעֶלט־אוׂיף קעֶניִגעֶן.

— פוּן אַזאַ גאָט — זאָגט פּרעה — װײֵס איִך ניִשט אוּן װיִל ניִט װיִסעֶן. האָט װעֶר פוּן דיִ געֶװעֶלטיִגעֶר אַ בַּקָשָה צוּ מיִר, דאַרף עֶר מיִר אַ קרוׂין שיִקעֶן.

פַּרְעה׳ס האַרץ.

„אוּן פּרעה׳ס האַרץ איִז נאָך האַרטעֶר געֶװאָרעֶן”. „פּרעה׳ס האַרץ” — עֶס קוּמט אוׂיס װיִ מעֶ דעֶרצעֶהלט אַ מָשָל:

דעֶר לײֵבּ מיִט נאָך חַיוׂת זעֶנעֶן אַמאָל געֶפאָהרעֶן אוׂיף אַ שיִף. װיִ זײֵ זעֶנעֶן צוּגעֶפאָהרעֶן צוּם בּרעֵג, קוּמט זײֵ דעֶר עֵזעֶל אַנטקעֶגעֶן אוּן מאָהנט אָפּצאָהל. רוּפט זיִך אָן פוּן דיִ חיוׂת דעֶר פוּקס:

— .עַזוּת־פָּנִים אײֵנעֶר: װיִ דעֶרװעֶגסטוּ זיִך צוּ מאָהנעֶן אָפּצאָהל בּײַם מֶלֶך פוּן אַלעֶ חיוׂת?

עֶנטפעֶרט דעֶר אײַנגעֶשפּאַרטעֶר עֵזעֶל:

— מעֶג זײַן אַפִילוּ דעֶר מלך אַלײֵן — איִך טהוּ דאָס מײַניִגעֶ אוּן מאָהן.

↤ 59

װעֶרט דעֶר לײֵבּ איִן כַּעַס אוּן צוּרײַסט דעֶם עֵזעֶל אוּן זאָגט צוּם פוּקס: נעֶהם צוּלעֵג איִהם גליִדעֶר־װײַז.

האָט דעֶר פוּקס צוּשניִטעֶן דעֶם עֵזעֶל גליִדעֶר־װײַז אוּן פוּנאַנדעֶר־געֶלעֵגט יעֶדעֶן אֵבֶר אוׂיף זײַן אָרט. אַז עֶר איִז געֶקוּמעֶן צוּם האַרצעֶן האָט עֶר זיִך ניִט געֶקעֶנט אײַנהאַלטעֶן אוּן עֶס אוׂיפגעֶפרעֶסעֶן.

קוּמט דעֶר לײֵבּ אוּן פרעֶגט: דאָס האַרץ װאוּ איִז?

עֶנטפעֶרט איִהם דעֶר קליִגיִטשקעֶר פוּקס:

— דאָס האַרץ, זאָגסטוּ — קײַן האַרץ איִז גאָר לְכַתְּחִלָה ניִט געֶװעֶן: װאָלט דעֶר עֵזעֶל אַ האַרץ געֶהאַט, װאָלט עֶר דאָך בּײַ דיִר קײַן אָפּצאָהיִניִט געֶמאָהנט!

װאָלט פּרעה אַ האַרץ געֶהאַט, װאָלט עֶר בּײַם קעֶניִג פוּן אַלעֶ קעֶניִגעֶן קײַן קרוׂין ניִשט געֶפאָדעֶרט.

פוּן שטעֶקעֶנס שׁלאַנגעֶן.

אוּן װיִדעֶר שטעֶהעֶן משה מיִט אהרנ׳עֶן פאַר פּרעה אוּן נאָכאַמאָל פאָדעֶרעֶן זײֵ פוּן איִהם איִן גאָטס נאָמעֶן עֶר זאָל דאָס יוּדיִשעֶ פאָלק בּעֶפרײַעֶן.

זאָגט פּרעה צוּ זײֵ: װײַזט אַ מוׂפֵת, מעֶ זאָל אײַך גלוׂיבּעֶן..

װאַרפט אהרן דעֶם שטעֶקעֶן אוּן עֶר װעֶרט אַ שלאַנג.

האָט פּרעה אַרוׂיסגעֶלאָזט אַ היִליִכדיִגעֶן געֶלעֶכטעֶר:

— אָט דאָס גאָר! דאָס זעֶנעֶן עֶס דיִ גאַנצעֶ קוּנצעֶן פוּן אײַעֶר גאָט! אַ רעֶכטעֶר סוׂחֵר בּרעֵנגט אַ סְחוׂרָה, װאָס ניִט צוּ קריִגעֶן אוׂיפ׳ן אָרט, אוּן איִהר בּרעֵנגט כִּשׁוּף קײַן מִצְרַיִם. מיִר האָבּעֶן געֶנוּג אײֵגעֶנעֶ.

האָט עֶר געֶהײֵסעֶן בּרעֵנגעֶן שוּל־קיִנדעֶר, אוּן זײֵ האָבּעֶן אוׂיך זײֵעֶרעֶ שטעֶקעֶנס פעֶרװאַנדעֶלט איִן שלאַנגעֶן.

צװיִשעֶן היִרט אוּן װאָלף.

אוּן שװעֶרעֶר איִז געֶװאָרעֶן דעֶר יאָך פוּן פּרעה׳ן אוׂיף דיִ יוּדעֶן. קײַן שטרוׂי, האָט עֶר בּעֶפוׂילעֶן, זאָל מעֶן זײֵ מעֶהר ניִשט געֶבּעֶן אוּן פוּן דעֶר בּעֶשטיִמטעֶר צאָהל ציִגעֶל, װאָס זײֵ דאַרפעֶן צוּשטעֶלעֶן, זאָל ניִשט פעֶהלעֶן.

קוּמעֶן דיִ זְקֵנִים פעֶרבּיִטעֶרטעֶ צוּ משה׳ן אוּן שרײַעֶן:

— אָ, װאָס האָסטוּ געֶהאַט צוּ אוּנז? ניִשט געֶהאָלפעֶן האָסטוּ אוּנז, נאָר עֶרגעֶר געֶמאַכט. מיִר זעֶנעֶן איִצט איִן דעֶר לאַגעֶ פוּן יעֶנעֶם שעֶפעֶלעֶ װאָס דעֶר װאָלף האָט עֶס פוּן דעֶר טשעֶרעֶדעֶ אַרוׂיסגעֶחאַפּט, קוּמט דעֶר ↰ 60 היִרט זיִך אײַנשטעֶלעֶן פאַרדעֶם, פוּן דעֶם װאָלפ׳ס מוׂיל עֶס אַרוׂיסצוּרײַסעֶן, ראַנגעֶלט עֶר זיִך מיִט איִהם אַזוׂי לאַנג, בּיִז צװיִשעֶן זײֵ בּײֵדעֶ װעֶרט דאָס שעֶפעֶלעֶ אוׂיף צװײֵעֶן צוּריִסעֶן. אַזוׂי װעֶרעֶן מיִר צוּריִסעֶן צװיִשעֶן דיִר מיִט פּרעה. קלאָגט זיִך משה פאַר גאָט:

— זיִנט איִך בּיִן געֶקוּמעֶן צוּ פּרעה׳ן, האָט עֶר זײֵ נאָך עֶרגעֶרעֶ צָרוׂת אָנגעֶטהוּן.

עֶנטפעֶרט גאָט:

— דיִ אָבוׂת זעֶנעֶן אַזוׂי פיִעל לײֵדעֶן אוׂיסגעֶשטאַנעֶן אוּן קײַנמאָל מיִר קײַן קַשְׁיוׂת ניִט געֶפרעֶגט, אוּן דוּ קוּמסט צוּ מיִר מיִט טַעֲנוׂת: „איִצט װעֶסטוּ זעֶהן, װאָס איִך װעֶל פּרעה׳ן טהוּן” — געֶה בּעֶװײַז זײֵ מײַנעֶ װאוּנדעֶר.

דיִ מַכָּה „בּלוּט”.

„אוּן גאָט האָט געֶזאָגט צוּ משה׳ן: הײֵם אַהרנ׳עֶן עֶר זאָל נעֶהמעֶן דעֶם שטעֶקעֶן, אַ פאָך געֶבּעֶן איִבּעֶר דיִ װאַסעֶרעֶן פוּן מצריִם אוּן עֶס װעֶט װעֶרעֶן פוּן זײֵ בּלוּט” — װאָס עֶפּיִס דוּרך אַהרנ׳עֶן, פאַר װאָס ניִט דוּרך משה׳ן אַלײֵן ?

דאָס איִז דעֶרפאַר, װײַל דאָס װאַסעֶר פוּנ׳ם טײַך ניִלוּס איִז משׁה׳ן קיִנדװײַס איִן זײַן נוׂיט געֶשטאַנעֶן, צװיִשעֶן טשעֶרעֶד זײַן װיִעֶג־קעֶסטעֶלעֶ אוׂיסגעֶבּעֶהאַלטעֶן. האָט גאָט געֶזאָגט: משה ס׳איִז קײַן יוׂשׁר ניִשט, אַז דאָס װאַסעֶר זאָל פוּן דײַן האַנד אַ קלאַפּּ בּעֶקוּמעֶן. זאָל דאָס געֶטהוּן װעֶרעֶן דוּרך אַהרנ׳ס העֶנד.

אוּן פאַר װאָס איִז אוׂיסגעֶפאַלעֶן דעֶם װאַסעֶר בּעֶקוּמעֶן דעֶם עֶרשטעֶן קלאַפּּ?

דאָס איִז דעֶרפאַר, װײַל פּרעה מיִט דיִ מִצְרִים האָבּעֶן זיִך איִבּעֶרגעֶנוּמעֶן מיִט זײֵעֶר טײַך ניִלוּס, איִהם שטאַרק פעֶרגעֶטעֶרט. דאָס גאַנצעֶ מַזָל־בְּרָכָה פוּנ׳ם לאַנד האָט זיִך איִן איִהם געֶװעֶנט. האָט גאָט געֶזאָגט: פריִהעֶר פאַר אַלעֶמעֶן לאָז חאַפּעֶן דעֶם קלאַפּּ זײֵעֶר גאָט.

װיִל דעֶר אַלמעֶכטיִגעֶר אַ פאָלק בּעֶשטראָפעֶן, רעֶכעֶנט עֶר זיִך פריִהעֶר אָפּ מיִט דעֶם גאָט זײַנעֶם.

אוּן װאוּ עֶפּעֶס אַ װאַסעֶר איִן מצריִם איִז פוּן דעֶם בּלוּט געֶװאָרעֶן — ↰ 61 אַפִילוּ דאָס בּיִסעֶל װאַסעֶר איִן קרוּגעֶל איִז אוׂיך בּלוּט געֶװאָרעֶן. אַפילוּ אַ שפּײַ פוּנ׳ם מִצְרִי איִז אוׂיך געֶװעֶן בּלוּט.

פוּן מַכַּת דָם האָבּעֶן אַנדעֶרעֶ יוּדעֶן אַ פעֶרמעֶגעֶן געֶמאַכט. דְהַײנוּ? אַ מצרי מיִט אַ יוּדעֶן װאָהנעֶן, אַ שטײֵגעֶר, צוּזאַמעֶן איִן אײֵן שטוּבּ. קוּמט דעֶר מצרי צוּם פעֶסיִל אַ טרוּנק װאַסעֶר נעֵהמעֶן, שעֶפּט עֶר אָן איִנ׳ם קרוּגעֶל בּלוּט. בּײַ׳ם יוּדעֶן אָבּעֶר שעֶפּט זיִך אָן רײֵנעֶ װאַסעֶר. זאָגט דעֶר מצרי דעֶם יוּדעֶן: גיִבּ מיִר אַ טרוּנק פוּן דײַן קרוּג. װעֶרט עֶס בּײַ׳ם מצרי איִן האַנד איִן בּלוּט פעֶרװאַנדעֶלט. נעֶהמעֶן זײֵ טריִנקעֶן צוּזאַמעֶן פוּן אײֵן כֵּלִי — טריִנקט דעֶר יוּד װאַסעֶר אוּן דעֶר מצרי בּלוּט. בּיִז דעֶר מצרי בּעֶלוׂינט דעֶם יוּדעֶן — אוּן דאַמאָלס עֶרשט בּעֶקוּמט עֶר אַ רײֵן בּיִסעֶל װאַסעֶר.

פרעֶשׁ.

נאָך דעֶר מכּה פוּן בּלוּט זעֶנעֶן אוׂיף מִצְרַים אָנגעֶשיִקט געֶװאָרעֶן פרעֶשׁ. אַלעֶ װיִנקעֶליִך פוּן מצרים זעֶנעֶן מיִט זײֵ פוּל געֶװאָרעֶן, אוּן פוּן זײֵעֶר קװאַקעֶן איִז גאָר ניִשט געֶװעֶן אוׂיסצוּשטעֶהן. דיִ מיִלטעֶרס, דיִ טעֶפּ, דיִ אוׂיװעֶנס האָבּעֶן געֶשװיִבּעֶלט אוּן געֶגריִבּעֶלט מיִט קװאַקעֶנדעֶ פרעֶש. זײֵ זעֶנעֶן דיִ מצרים איִנװעֶניִג איִן דיִ געֶדעֶרם אַרײַנגעֶקראָכעֶן, אוּן פוּן דאָרט האָט זיִך אָהן אוׂיפהעֶר, בּיִז צוּ׳ם דוּל װעֶרעֶן, איִן געֶלאָזט העֶרעֶן זײֵעֶר אײַנגעֶגעֶסעֶנעֶר „קװאַ־קװאַ”.

מִדָה כְּנֶגֶד מִדָה ¹).

יוּדיִשעֶ טאַטעֶס, בּײַ װעֶלכעֶ דיִ מצרים האָבּעֶן זײֵעֶרעֶ קיִנדעֶר אַװעֶקגעֶרוׂיבּט, איִן טײַך אַרײַנגעֶװאָרפעֶן אוּן איִן דיִ װעֶנט אײַנגעֶמוׂיעֶרט, — זעֶנעֶן געֶגעֶן זײֵעֶר װיִלעֶן, געֶצװיִנגעֶן געֶװעֶן אַלס עֶרציִהעֶר בּײַ דיִ מצרים דיִענעֶן, מיִט דיִ שוׂנְאִים׳ס קיִנדעֶר זיִך אַרוּמפיִהרעֶן. האָט גאָט אָנגעֶשיִקט אוׂיף מצרים דיִ מַכַּת עָרוׂב — אַ געֶמיִש פוּן װיִלדעֶ חַיוׂת, װעֶלכעֶ זעֶנעֶן איִן מיִטעֶן גאַס אוׂיף קיִנדעֶר אָנגעֶפאַלעֶן אוּן זײֵ אוׂיסגעֶחאַפּט. דעֶר יוּדיִשעֶר עֶרציִהעֶר, װאָס פלעֶגט מיִט דיִ מצרי׳שעֶ קיִנדעֶר אוּן גאַס שפּאַציִרעֶן אַרוׂיסגעֶהן, האָט זיִך אָהן זײֵ אַהײֵם אוּמגעֶקעֶהרט.

— װאוּ זעֶנעֶן דיִ קיִנדעֶר מײַנעֶ? — בּעֶגעֶגעֶנט איִהם אוּן פרעֶגט מיִט שרעֶק דעֶר מצרי.

¹) מאָס קעֶגעֶן מאָס. גלײַך אוׂיף גלײַך.

— װאַרט, איִך װעֶל דיִר מאַכעֶן אַ חֶשְבּוׂן — עֶנטפעֶרט דעֶר יוּד — אײֵנס האָט אַ לײֵבּ צוּגעֶנוּמעֶן, אײֵנס האָט אַ װאָלף אוׂיפגעֶחאַפּט, אײֵנס װיִדעֶר — האָט אַ בּעֶר אַװעֶקגעֶטראָגעֶן, נאָך אײֵנס האָט אַ לעֶמפּעֶרט צוּריִסעֶן, ↰ 62 הײַנט האָט אײֵנס אַ גיִפטיִגעֶ שלאַנג אוׂיף טוׂיט אַ בּיִס געֶטהוּן. דאָ האָסטוּ דיִר אַלעֶ דײַנעֶ קיִנדעֶר.

דעֶר האָגעֶל.

אוּן פּרעה האָט זיִך אַלץ געֶ׳עַקְשֶנ׳ט אוּן דיִ יוּדעֶן ניִשט פרײַגעֶלאָזעֶן — האָט גאָט אָנגעֶשיִקט אוׂיף מִצְרַיִם אַ שװעֶרעֶן האָגעֶל אוּן אַ פלאַמעֶנדיִג פײַעֶר איִן מיִטעֶן האָגעֶל. „פײַעֶר אוּן האָגעֶל צוּזאַמעֶן” — עֶס קוּמט־אוׂיס װיִ יעֶנעֶ צװײֵ לעֶגיִאָנעֶן בּײַ אײֵן קעֶניִג, װאָס האָבּעֶן איִן שָׁלוׂם ניִשט געֶלעֶבּט, שטעֶנדיִג צװיִשעֶן זיִך געֶריִסעֶן, בּיִז דעֶר אַלגעֶמײֵנעֶר שׂוׂנֵא איִז אוׂיפ׳ן לאַנד אָנגעֶפאַלעֶן אוּן דעֶר קעֶניִג האָט בּעֶדאַרפט מיִט זײַן גאַנץ חַיִל אַקעֶגעֶן איִהם זיִך שטעֶלעֶן. האָבּעֶן דיִ צװײֵ לעֶגיִאָנעֶן אוׂיף אַ צײַט פעֶרבּוׂיגעֶן דיִ קִנְאָה־שִׂנְאָה צװיִשעֶן זיִך אוּן צוּזאַמעֶן זיִך געֶלאָזט אוׂיספאָלגעֶן דעֶם קעֶניִג׳ס שְׁלִיחוּת. דאָס אײֵגעֶנעֶ איִז דאָ געֶשעֶהן בּײַ׳ם האָגעֶל. פײַעֶר מיִט װאַסעֶר, דיִ צװײֵ שטעֶנדיִגעֶ שׂוׂנְאִים פוּן דעֶר נאַטוּר, זעֶנעֶן אוׂיף אַ װײַלעֶ שָׁלוׂם געֶװאָרעֶן אוּן צוּזאַמעֶן אוׂיף גאָט׳ס שׂוׂנא אָנגעֶפאַלעֶן. דיִ שטיִקעֶר האָגעֶל האָבּעֶן אוׂיסגעֶזעֶהן װיִ שװעֶרעֶ דוּרכזיִכטיִגעֶ אײֵעֶר מיִט פײַעֶרדיִגעֶ געֶלכליִך איִנװעֶניִג. בּײַ׳ם פאַלעֶן האָט זײֵעֶרעֶ דיִקעֶ אײַז־שאַלעֶכץ אוׂיף דיִ מצרי׳שעֶ פעֶרװאוּנדעֶטעֶ קעֶפּ געֶפּלאַצט, אוּן דאָס בּעֶפרײַטעֶ פײַעֶר האָט זיִך בּאַלד איִבּעֶר זײֵ צוּגאָסעֶן אוּן אוׂיף קוׂיל זײֵ פעֶרבּרעֶנט.

דיִ דרײַ טעֶג פיִנסטעֶרניִש.

אוּן אַ געֶדיִכטעֶ פיִנסטעֶרניִש איִז אוׂיפ׳ן לאַנד מצריִם אָנגעֶפאַלעֶן דרײַ טעֶג נאָכאַנאַנד, מ׳האָט עֶס מיִט דיִ העֶנד אָנגעֶטאַפּט, איִז עֶמיִצעֶר איִן דעֶם פיִנסטעֶרניִש געֶזעֶסעֶן האָט עֶר ניִשט געֶקעֶנט אוׂיפשטעֶהן, איִז װעֶר געֶשטאַנעֶן האָט עֶר ניִשט געֶקעֶנט זיִך זעֶצעֶן, איִז װעֶר געֶליִגעֶן איִז איִהם אוּנמעֶגליִך געֶװעֶן זיִך אוׂיפצוּהוׂיבּעֶן. פאַר דיִ יוּדעֶן אָבּעֶר איִז אוּמעֶטוּם ליִכטיִג געֶװעֶן. פראַנק אוּן פרײַ האָבּעֶן זײֵ אַרוּמגעֶשפּאַציִרט איִן דיִ גאַסעֶן פוּן מצריִם, אַרײַנגעֶגאַנגעֶן איִן דיִ הײַזעֶר פוּן דיִ מִצְרִים אוּן אוׂיסגעֶזעֶהן אַלעֶס, װאָס דאָרט געֶפיִנט זיִך. דעֶרנאָך, בּײַם אַרוׂיסגאַנג פוּן מצריִם, װעֶן גאָט האָט דיִ יוּדעֶן געֶהײֵסעֶן בּעֶטעֶן בּײַ דיִ מצרים פוּן זײֵעֶרעֶ זאַכעֶן אוׂיפ׳ן װעֶג, קוּמט אַ יוּד צוּ זײַן שָכֵן דעֶם מִצְרִי אוּן גיִט איִהם אַ בּעֶט: אֶפְשַר װאָלסטוּ מיִר געֶגיִבּעֶן יעֶנעֶ אוּן יעֶנעֶ כֵּלִי, זאָגט איִהם דעֶר: איִך װאָלט דיִר געֶװיִס געֶגיִבּעֶן, נאָר איִך האָבּ ניִשט. זאָגט איִהם דעֶר יוּד: גיִבּ נוּר, זײַ מוׂחֵל, אַ קוּק אוׂיף יעֶנעֶם ↰ 63 אָרט, דאָרט, שײַנט מיִר, װעֶסטוּ עֶס געֶפיִנעֶן. טראַכט זיִך דעֶר מצרי: עֶר האָט פעֶרדיִענט מעֶ זאָל עֶס איִהם גיִבּעֶן. װאָלטעֶן דיִ יוּדעֶן ניִשט געֶנוּג עֶהרליִך געֶװעֶן, װאָלטעֶן זײֵ דאָך געֶקעֶנט איִן דיִ פיִנסטעֶרעֶ טעֶג דאָס אַלעֶס אוּנבּעֶמעֶרקט פרײַ אַװעֶקנעֶהמעֶן.

פַּרְעׂה זוּכט משֶה׳ן.

נאָך דעֶר צעֶהנטעֶר, שװעֶרסטעֶר מַכָּה בְּכוׂרוׂת ¹), האָט זיִך פּרעה אַװעֶקגעֶלאָזט האַלבּעֶ נאַכט, רוּפעֶן משֶה מיִט אַהֲרנ׳עֶן. אוׂיף טוׂיט דעֶרשראָקעֶן, איִז עֶר אַרוּמגעֶלאָפעֶן איִבּעֶר דיִ הײַזעֶר פוּן זײַנעֶ שָׂרִים, זײֵ אוׂיף דיִ פיִס אוׂיפגעֶשטעֶלט, בּײַנאַכט מיִט זײֵ איִבּעֶר אַלעֶ גאַסעֶן אַרוּמגעֶגאַנגעֶן אוּן געֶזוּכט: װאוּ איִז משה? װאוּ געֶפיִנט עֶר זיִך? — בּיִז יוּדיִשעֶ קיִנדעֶרליִך האָבּעֶן איִהם אָנגעֶװיִזעֶן.

אַרײַנגעֶקוּמעֶן צוּ משה׳ן, שרײַעט פּרעה אוׂיס:

— געֶהט אײַך אַרוׂיס פוּן מײַן פאָלק, אוּן טאַקיִ שוׂין!

— װאָס איִז — האָט משה געֶזאָגט — גַנָבִים זעֶנעֶן מיִר, מיִר זאָלעֶן זיִך בּײַנאַכט אַרוׂיס׳גַנְב׳עֶנעֶן? גאָט האָט אוּנז בּעֶפוׂילעֶן ניִשט איִבּעֶרצוּטרעֶטעֶן דיִ שװעֶל בּיִז איִן דעֶר פריִה — בּײַ דעֶר שײַן פוּן דעֶר זוּן װעֶלעֶן מיִר פוּן מצריִם אַרוׂיסגעֶהן, פראַנק אוּן פרײַ, דיִ גאַנצעֶ װעֶלט זאָל זעֶהן.

יוׂסֵף׳ס אָרוׂן.

איִן דעֶר צײַט װעֶן יוּדעֶן זעֶנעֶן געֶװעֶן פעֶרטראָגעֶן מיִט זײֵעֶרעֶ געֶפּעֶק אוּן זיִך געֶגרײֵט צוּם װעֶג, האָט זיִך משה בּעֶשעֶפטיִגט מיִט׳ן אָרוׂן פוּן יוׂסֵף.

פאַר׳ן טוׂיט האָט יוׂסֵף בּעֶשװאוׂירעֶן דיִ בּריִדעֶר:

— גאָט װעֶט אײַך אוׂיפריִכטעֶן, — זאָלט איִהר מײַנעֶ בּײֵנעֶר מיִטנעֶהמעֶן.

אוּן אַז יוׂסף איִז געֶשטאָרבּעֶן האָבּעֶן דיִ חַרְטוּמִים געֶזאָגט צוּ פּרעה׳ן:

— װיִלסטוּ, דאָס פאָלק זאָל דאָ איִבּעֶרבּלײַבּעֶן, — בּעֶהאַלט יוׂסף׳ס בּײֵנעֶר: אָהן זײֵ װעֶלעֶן זײֵ ניִט אַװעֶקגעֶהן.

האָט מעֶן יוׂסף׳ס קעֶרפּעֶר אַרײַנגעֶלעֶגט איִן אַן אײַזעֶרנעֶם קאַסטעֶן אוּן אַרײַנגעֶװאָרפעֶן איִן טײַך ניִלוּס.

¹) אַלעֶ בְּכוׂריִם (עֶלטסטעֶ זיִהן) זעֶנעֶן איִן מצריִם איִן אײֵן נאַכט אוׂיסגעֶשטאָרבּעֶן.

↤ 64

איִצט אַז ס׳איִז געֶקוּמעֶן דיִ צײַט, איִז משה געֶגאַנגעֶן זוּכעֶן יוׂסף׳ס אָרוׂן, מְקַיֵם צוּ זײַן דיִ צַוָאָה, — האָט קײֵנעֶר ניִט געֶװאוּסט, װאוּ דעֶר אָרוׂן געֶפיִנט זיִך.

נאָר דיִ אַלטעֶ שֶׂרַח בַּת אָשֵׁר, װאָס איִז געֶבּליִבּעֶן לעֶבּעֶן פוּן יעֶנעֶם דוׂר, האָט משה׳ן אָנגעֶװיִזעֶן אוׂיפ׳ן קעֶסעֶל־גרוּבּ ¹) איִן מיִטעֶן טײַך, װאוּ מעֶן האָט דעֶם אָרוׂן אַרײַנגעֶװאָרפעֶן.

האָט זיִך משה געֶשטעֶלט בּײַם בּרעֶג טײַך אוּן אוׂיסגעֶרוּפעֶן:

— יוׂסף, יוׂסף! עֶס איִז געֶקוּמעֶן דיִ צײַט, װאָס דאָס פאָלק װעֶרט אוׂיסגעֶלײֵזט. איִצט װיִלעֶן מיִר מְקַיֵם זײַן דיִ שְבוּעָה, װאָס דוּ האָסט בּעֶשװאוׂירעֶן דיִ קיִנדעֶר יִשׂראל אוּן מיִר קעֶנעֶן ניִט! דאָס גאַנצעֶ פאָלק װאַרט אוׂיף דיִר, דעֶר װאָלקעֶן־זײַל װאַרט, דיִ שְׁכִינָה װאַרט, — אוּן דוּ פעֶרהאַלסט אַלעֶמעֶן! װײַזטוּ זיִך — איִז רעֶכט, װעֶן ניִט — זעֶנעֶן מיִר רײֵן פוּן דעֶר שׁבוּעה.

בּאַלד האָבּעֶן זיִך געֶװיִזעֶן בּלעֶזליִך אוׂיפ׳ן װאַסעֶר אוּן דעֶר אָרוׂן איִז אַרוׂיפגעֶשװאוּמעֶן.

דיִ חֲכָמִים האָבּעֶן געֶזאָגט אַ מָשָׁל אוׂיף יוׂסֵף׳ס אָרוׂן:

גַנָבִים זעֶנעֶן אַרײַן איִן אַ װײַן־קעֶלעֶר אוּן אוׂיסגעֶטרוּנקעֶן דעֶם בּעֶסטעֶן קרוּג װײַן. קוּמט דעֶר װיִרט פוּן קעֶלעֶר אוּן זאָגט זײֵ:

— גוּטעֶן אַפּעֶטיִט! זאָל אײַך װאוׂיל בּעֶקוּמעֶן! דעֶם װײַן האָט איִהר שוׂין אוׂיסגעֶטרוּנקעֶן, — קעֶהרט מיִר אוּם דעֶם קרוּג אוּן געֶהט אײַך געֶזוּנטעֶרהײֵד.

אַזוׂי האָט גאָט געֶזאָגט צוּ דיִ קיִנדעֶר יִשְׂרָאֵל:

— יוׂסף׳ן האָט איִהר פעֶרקוׂיפט פוּן לאַנד כְּנַעַן, קעֶהרט חאָטש אוּם דיִ בּײֵנעֶר זײַנעֶ אוׂיפ׳ן אָרט!

¹) שטרוּדעֶל, װאוּ דאָס װאַסעֶר קאָכט אוּן דרעֶהט װיִ אַ ראָד.

↤ 65

יְצִיאַת מִצְרַיִם.
דעֶר שליִמ׳מַזָל.

נאָך אַלעֶ צעֶהן מַכּוׂת האָט פּרעה געֶמוּזט פרײַ שיִקעֶן דיִ יוּדעֶן פוּן מצריִם. עֶס דעֶרמאָהנט יעֶנעֶ מַעֲשֶׂה, װאָס װעֶרט דעֶרצעֶהלט װעֶגעֶן דעֶם שליִמ׳מַזָל׳דיִגעֶן קנעֶכט:

אַ מֶלֶך האָט געֶשיִקט זײַן קנעֶכט איִן מאַרק צוּ קוׂיפעֶן שפּײַז, האָט עֶר איִהם געֶבּראַכט אַ פוׂילעֶן פיִש.

האָט דעֶר מלך איִהם בּעֶפוׂילעֶן:

— אײֵנס פוּן דיִ דרײַ: עֶס־אוׂיף דעֶם פוׂילעֶן פיִש, אָדעֶר בּעֶצאָהל, װאָס עֶר קאָסט, װעֶן ניִט — בּעֶקוּמסטוּ הוּנדעֶרט שמיִץ.

זאָגט דעֶר קנעֶכט: איִך װיִל בּעֶסעֶר אוׂיפעֶסעֶן דעֶם פיִש.

אַז עֶר האָט אוׂיפגעֶגעֶסעֶן אַ האַלבּעֶן פיִש, האָט איִהם אָנגעֶהוׂיבּעֶן צוּ עֶקלעֶן, — װאַרפט עֶר אַװעֶק דעֶם פיִש אוּן זאָגט:

— גיִט מיִר בּעֶסעֶר הוּנדעֶרט שמיִץ.

אַז מעֶן האָט איִהם אָפּגעֶצעֶהלט פוּפציִג שמיִץ, האָט עֶר מעֶהר ניִט געֶקעֶנט אַריִבּעֶרטראָגעֶן אוּן בּעֶצאָהלט דאָס געֶלד.

איִז אוׂיסגעֶקוּמעֶן: איִ פוׂילעֶ פיִש געֶגעֶסעֶן, איִ שמיִץ געֶחאַפּט, איִ געֶלד בּעֶצאָהלט.

אַזוׂי איִז מיִט פּרעה׳ן: עֶר האָט דיִ יוּדעֶן ניִט אַרוׂיסגעֶלאָזעֶן מיִט׳ן גוּטעֶן װיִלעֶן, האָט עֶר בּעֶקוּמעֶן צעֶהן מַכּוׂת איִן מצריִם, זײַן פעֶרמעֶגעֶן פעֶרלוׂירעֶן, אוּן נאָך אַלעֶמעֶן דאָך זײֵ פרײַ געֶלאָזעֶן.

↤ 66

בּײֵדעֶ זיִך געֶפרעֵהט.

גרוׂיס איִז געֶװעֶן דיִ שִׂמְחָה פוּן יוּדעֶן װעֶן זײֵ זעֶנעֶן בּעֶפרײַט געֶװאָרעֶן, אוּן אַ טײֵל פוּן דיִ מִצְרִים האָבּעֶן זיִך אוׂיך ניִשט װעֶניִג געֶפרעֶהט.

עֶס קוּמט־אוׂיס װיִ יעֶנעֶר שװעֶר=לײַבּיִגעֶר מעֶנש, װאָס איִז געֶפאָהרעֶן אַ װײַטעֶן װעֶג רײַטעֶנדיִג אוׂיף אַן עֵזעֶל. איִהם איִז געֶװעֶן שװעֶר צוּ זיִצעֶן, אוּן דעֶם עֵזעֶל — נאָך שװעֶרעֶר צוּ טראָגעֶן אוׂיף זיִך אַזאַ מַשָׂא. אַז עֶר איִז געֶקוּמעֶן אוׂיפ׳ן אָרט אוּן אַראָפּ פוּן עֵזעֶל, האָבּעֶן זיִך בּײֵדעֶ געֶפרעֶהט, אוּן מעֶ װײֵס ניִט, װעֶמעֶנס פרײֵד איִז גרעֶסעֶר.

אַזוׂי האָבּעֶן זיִך אוׂיך דיִ מצרים געֶפרעֶהט, װעֶן דיִ יוּדעֶן זעֶנעֶן בּעֶפרײַט געֶװאָרעֶן פוּן גָלוּת, אוּן דיִ אַלײֵן — פוּן מַכּוׂת.

שפּעֵט זיִך אַרוּמגעֶקוּקט.

בּאַלד נאָכ׳ן פרײַלאָזעֶן דיִ יוּדעֶן האָט פּרעה מיִט זײַנעֶ שׂרים שטאַרק חֲרָטָה געֶקריִגעֶן אוּן זיִך דאָס האַרץ אוׂיסגעֶגעֶסעֶן: „ציִ װאָס האָבּעֶן מיִר עֶס געֶטהוּן?”

עֶס קוּמט אוׂיס װיִ אײֵנעֶר, װאָס האָט געֶהאַט אַ פעֶלד, פוּל שוּט ¹) אוּן בּראָק ²). האָט עֶר עֶס פעֶרקוׂיפט אַ צװײֵטעֶן, יעֶנעֶר האָט אָפּגעֶרוׂימט דעֶם בּאַרג מיִסט אוּן געֶפוּנעֶן אוּנטעֶן אַ קװאַל װאַסעֶר. האָט עֶר דאָס פעֶלד בּעֶפלאַנצט שוּרוׂת־װײַז װײַנשטאָקעֶן מיִט מיִלגרוׂימעֶן אוּן אַלעֶרלײֵ געֶװיִרצעֶן, אוּן אַיִנמיִטעֶן גאָרטעֶן האָט עֶר אוׂיפגעֶבּוׂיט אַ טוּרעֶם אוּן געֶזעֶצט אַ װעֶכטעֶר.

אוּן אַז דעֶר פריִהעֶריִגעֶר בַּעַל־הַבַּיִת האָט דאָס דעֶרזעֶהן, האָט עֶר פעֶרבּראָכעֶן דיִ העֶנד אוּן זיִך צוּװײֵנט:

— אַזאַ טײַעֶרעֶ נַחְלָה האָבּ איִך פוּן דיִ העֶנד אַרוׂיסגעֶלאָזעֶן!

אַזוׂי איִז מיִט דיִ יוּדעֶן: איִן מצריִם האָבּעֶן זײֵ אוׂיסגעֶװיִזעֶן װיִ אַ הוׂיפעֶן בּראָק, פעֶרשמיִרט איִן לײֵם אוּן אײַנגעֶריִכט איִן שמוּץ, אוּן איִן פרײַעֶן מִדְבָּר זענעֶן זײֵ געֶגליִכעֶן געֶװעֶן צוּ אַ בּליִהעֶנדעֶן גאָרטעֶן, אַ פרײֵד אָנצוּקוּקעֶן. װיִ פּרעה האָט זײֵ דעֶרזעֶהן בּעֶפרײַטעֶרהײֵד — האָט עֶר חֲרָטָה געֶהאַט אוּן זײֵ נאָכגעֵיאָגט.

¹) צוּנוׂׂיפגעֶשאָטעֶן בּאַרג. ²) בּרעֶקליִך שטײֵנעֶר אוּן מיִסט.

↤ 67

דיִ יוּדעֶן בּײַ׳ם יַם־סוּף.

אַ טוׂיבּ איִז אַנטלאָפעֶן פוּן אַ שפּאַרבּעֶר אוּן זיִך געֶלאָזט פליִהעֶן צוּ אַ פעֶלזעֶנשפּאַלט. דעֶרזעֶהט זיִ איִנװעֶניִג זיִצט אַ בּײֵזעֶ שלאַנג. װאָס זאָל זיִ טהוּן? אַרײַנגעֵהן אַהיִן — װעֶט זיִ דיִ שלאַנג פעֶרגיִפטעֶן, אוּמקעֶהרעֶן זיִך צוּריִק — װעֶט זיִ דעֶר שפּאַרבּעֶר צוּרײַסעֶן, — האָט זיִ אָנגעֶהוׂיבּעֶן צוּ פאָכעֶן מיִט דיִ פליִגלעֶן אוּן בּרוּמעֶן, טאָמעֶר װעֶט איִהר העֶר דעֶרהעֶרעֶן אוּן קוּמעֶן זיִ מַצִיל זײַן.

אַזוׂי איִז מיִט דיִ יוּדעֶן: פאָרעֶנט — דעֵר יַם „ הוּנטעֶן דעֶר שוׂנֵא, אַרוּם אוּן אַרוּם — װיִסטעֶר מדבּר!... האָבּעֶן זײֵ אָנגעֶהוׂיבּעֶן שרײַעֶן צוּ גאָט — אוּן בּאַלד האָט עֶר זײֵ געֶהאָלפעֶן.

קְרִיעַת יַם־טוּף ¹).

אַז דיִ יוּדעֶן זעֶנעֶן געֶשטאַנעֶן בּײַ׳ם בּרעֶג ים־סוּף, האָבּעֶן זיִך דיִ שְׁבָטִים אָנגעֶהוׂיבּעֶן צוּ קריִגעֶן. דעֶר זאָגט: זאָל יעֶנעֶר שֵבֶט געֵהן פאָראוׂיס, אוּן יעֶנעֶר זאָגט: זאָל דעֶר געֶהן פאָראוׂיס, — בּיִז נַחֲשׁוׂן בֶּן עֲמִינָדָב איִז דעֶר עֶרשטעֶר אַרײַנגעֶשפּרוּנגעֶן איִן װאַסעֶר, אוּן אַלעֶ נאָך איִהם.

אוּן משה איִז געֶשטאַנעֶן דיִ גאַנצעֶ צײַט אוּן מִתְפַּלֵל געֶװעֶן, זאָגט גאָט צוּ איִהם:

— װאָס שרײַסטוּ ציִ מיִר? הײֵס דעֶם פאָלק זאָל עֶר געֶהן! הוׂיבּ אוׂיף דיִ האַנד, שטרעֶק־אוׂיס דעֶם שטעֶקעֶן אוּן שפּאַלט דעֶם יַם!

אַז גאָט האָט געֶװאָלט דעֶרטריִנקעֶן פּרעה׳ן מיִט זײַן חַיִל איִז געֶקוּמעֶן דעֶר מַלְאָך עוּזאָ דעֶר שַׂר פוּן מִצְרַיִם ²) אוּן צוּגעֶפאַלעֶן צוּ׳ם כִּסֵא־הַכָּבוׂד מיִט אַ געֶבּעֶט:

— רִבּוׂנוׂ־שֶל־עוׂלָם! אַ גנעֶדיִגעֶר גאָט בּיִסטוּ דאָך, אַ דעֶרבּאַרעֶמדיִגעֶר, אוּן מיִט רַחֲמָנוּת האָסטוּ דײַן װעֶלט בּעֶשאַפעֶן, פאַרװאָס־זשעֶ װיִלסטוּ מײַנעֶ קיִנדעֶר אַזוׂי שטאַרק בּעֶשטראָפעֶן אוּן זײֵ דעֶרטריִנקעֶן?

האָט גאָט צוּנוׂיפגעֶרוּפעֶן דיִ פֵּמַלְיָא שֶל מַעֲלָה ³) אוּן געֶזאָגט:

— ריִכטעֶט איִהר צװיִשעֶן מיִר מיִט עוּזאָ׳ן, װעֶר איִז געֶרעֶכט?

¹) דאָס צוּרײַסעֶן, צוּשפּאַלטעֶן דעֶם ים־סוּף (רוׂיטעֶן ים). ²) יעֶדעֶ אוּמה האָט איִהר פאָרשטעֶהעֶר, אַ מלאָך איִן היִמעֶל. ³) דיִ היִמעֶלשעֶ פאַמיִליִעֶ, — דאָס אוׂיבּעֶרשטעֶ געֶריִכט פוּן מלאָכיִם.

↤ 68

אוּן דיִ שָׂרִים פוּן אַלעֶ זיִבּעֶציִג אוּמוׂת זעֶנעֶן געֶװעֶן מְלִיצֵי־יוׂשֵׁר ¹) פאַר דיִ מִצְרִים, אַז זײֵ קוּמט ניִט אַזאַ האַרבּעֶ שטראָף. האָט מִיכָאֵל דעֶר שַׂר יִשְׂרָאֵל בּאַלד אַ װאוּנק געֶטהוּן גַבְרִיאֵל׳ן, — איִז עֶר מיִט אײֵן פליִה אַװעֶקגעֶפלוׂיגעֶן קײַן מצריִם אוּן געֶבּראַכט אַ שטיִק װאַנד מיִט אַ יוּדיִש קיִנד איִן דעֶם אײַנגעֶמוׂיעֶרט.

אוׂיף דעֶם קוּקעֶנדיִג זעֶנעֶן אַלעֶ מליצי־יוׂשר בּאַלד אַנשװיִגעֶן געֶװאָרעֶן, אוּן גאָט האָט בּעֶפוׂילעֶן דעֶם יַם עֶר זאָל דיִ מִצְרִים פעֶרפלײֵצעֶן אוּן דעֶרטריִנקעֶן.

האָבּעֶן דיִ מַלְאָכִים געֶװאָלט אָנהוׂיבּעֶן שִׁירָה זאָגעֶן, — זאָגט גאָט צוּ זײֵ:

— דיִ װעֶרק פוּן מײַנעֶ העֶנד זיִנקעֶן איִצט איִן יַם אוּן איִהר װיִלט שירה זאָגעֶן!

זעֶנעֶן זײֵ אַנטשװיִגעֶן געֶװאָרעֶן.

דעֶרזעֶהן װיִ דאָס װאַסעֶר נעֶהמט זײֵ פעֶרפלײֵצעֶן, האָבּעֶן דיִ מצרים געֶװאָלט דיִ פעֶרד צוּריִק פעֶרקעֶריִװעֶן, האָבּעֶן דיִ שוׂימעֶנדיִגעֶ װעֶלעֶן בּעֶקוּמעֶן דאָס געֶשטאַלט פוּן היִציִגעֶ פעֶרד מיִט װײַסעֶ געֶקרײַזעֶלטעֶ גריִװעֶס, אוּן דיִ מצרי׳שעֶ פעֶרד האָט עֶס צוּ זײֵ מיִט קראַפט איִן טיִעפעֶן יַם געֶצוׂיגעֶן. האָבּעֶן דיִ מצרים איִן גרוׂיס שרעֶק געֶװאָלט פוּן דיִ פעֶרד אַראָפּשפּריִנגעֶן, האָט עֶס זײֵ װיִ צוּגעֶשמיִדט צוּ דיִ פעֶרד, ניִשט אָפּצוּרײַסעֶן זיִך. אוּן אָט אַזוׂי צוּגעֶקלעֶפּט אײֵנס צוּם אַנדעֶרעֶן, דיִ פעֶרד מיִט דיִ רײַטעֶר, האָט עֶס זײֵ געֶװיִעגט אַרוׂיף אוּן אַראָפּ אוׂיף דיִ בּרוׂיזעֶנדעֶ װעֶלעֶן, בּיִז דעֶר אָפּגרוּנד האָט דיִ פעֶרשלוּנגעֶן.

דעֶר שַׂר שֶׁל יָם ²).

דיִ יוּדעֶן פוּן יעֶנעֶר צײַט זעֶנעֶן געֶװעֶן פוּן דיִ קלײֵנעֶ מַאֲמִינִים ³), האָבּעֶן זײֵ געֶזאָגט: מיִר געֵהעֶן אַרוׂיס פוּן דעֶר זײַט ים, אוּן דיִ מצרים — פוּן יעֶנעֶר זײַט, אוּן עֶס װעֶט זײֵ גאָרניִט שאָדעֶן. זאָגט גאָט צוּ׳ם שַׂר שֶׁל יָם:

— װאַרף־אַרוׂיס דיִ מצרים אוׂיף יעֶנעֶם בּרעֶג, דיִ יוּדעֶן זאָלעֶן זעֶהן, אַז זײֵ זעֶנעֶן טוׂיט. זאָגט דעֶר שר של ים:

— רבּוׂנוׂ־שׁל־עוׂלם! װעֶן אַ מֶלֶך שעֶנקט דיִן קנעֶכט אַ מַתָּנָה, מאָהנט עֶר עֶס דעֶן צוּריִק?

¹) פעֶרטײֵדיִגעֶר, געֶרעֶכט געֶמאַכט. ²) דעֶר מלאָך, װאָס האָט צוּ שאַפעֶן איִבּעֶרן ים. ³) װעֶניִג געֶגלוׂיבּט.

↤ 69

עֶנטפעֶרט גאָט:

— דעֶרפאַר װעֶל איִך דיִר בּעֶצאָהלעֶן אַנדעֶרהאַלבּעֶן מאָל אַזוׂי פיִעל.

— קעֶן דעֶן אַ קנעֶכט מאָהנעֶן בּײַ זײַן העֶר?

— דעֶר טײַך קיִשׁוׂן װעֶט זײַן מײַן עָרֵב ¹): דוּ װעֶסט אַרוׂיסװאַרפעֶן דיִ מִצְרִים מיִט זעֶקס הוּנדעֶרט אײַזעֶרנעֶ רײַטװעֶגעֶן, אוּן דעֶר טײַך קיִשוׂן װעֶט פעֶרפלײֵצעֶן סִיסְרָא׳ן מיִט נײַן הוּנדעֶרט רײַטװעֶגעֶן.

שפּעֶטעֶר, איִן דְבוׂרָה הַנְבִיאָה׳ס צײַטעֶן, אַז סיסרא הָרָשָׁע איִז געֶקוּמעֶן מִלְחָמָה האַלטעֶן מיִט דיִ יוּדעֶן, אוּן מיִטגעֶבּראַכט נײַן הוּנדעֶרט רײַטװעֶגעֶן אוּן גרוׂיסעֶ מַחֲנוׂת חַיִל מיִט אײַזעֶרנעֶ שפּיִזעֶן, האָט גאָט געֶגעֶן זײֵ אַרוׂיסגעֶלאָזט דיִ שטעֶרעֶן פוּן היִמעֶל, אוּן יעֶדעֶר שטעֶרעֶן האָט געֶשײַנט זיִעבּעֶן מאָל שטאַרקעֶר װיִ דיִ ליִכטיִגעֶ זוּן, בּיִז דיִ שפּיִצעֶן שפּיִזעֶן זעֶנעֶן אָנגעֶגליִהט געֶװאָרעֶן אוּן דעֶרהיִצט דיִ חַיָלוׂת. זעֶנעֶן זײֵ אַרײַנגעֶפאָהרעֶן איִן טײַך קיִשׁוׂן זיִך אָפּקיִהלעֶן, זאָגט גאָט צוּ׳ם טײַך:

— איִצט װעֶר לוׂיז פוּן דײַן עָרְבוּת.

בּאַלד האָט זײֵ דעֶר טײַך קיִשׁוׂן פעֶרפלײֵצט אוּן איִן ים אַװעֶקגעֶטראָגעֶן

דאַמאָלס האָבּעֶן דיִ פיִש איִן װאַסעֶר אָנגעֶהוׂיבּעֶן זאָגעֶן שִׁירָה:

גאָט׳ס װאָרט איִז אײֵבּיִג בּעֶגלוׂיבּט —

בּעֶזיִנגט זײַן װאַרהײַט אוּן זײַן אֱמֶת לוׂיבּט!

זֶה אֵלִי!.

בּרײֵט האָט זיִך דעֶר יַם פאַר דיִ יוּדעֶן געֶשפּאַלטעֶן, צװעֶלף װעֶגעֶן פאַר זײֵ געֶעֶפעֶנט, אַ װעֶג פאַר יעֶדעֶן שֵבֶט בּעֶזוּנדעֶר, אָפּגעֶטײֵלט אײֵנעֶר פוּנ׳ם אַנדעֶרעֶן מיִט װעֶנד, װיִ גלאָז דוּרכזיִכטיִגעֶ, פוּן דיִ פעֶרגליִװעֶרט, הוׂיך אוׂיפגעֶשטעֶלטעֶ װאַסעֶרעֶן. האָט אַ קיִנד אַ טריִנק געֶװאָלט, האָט דיִ מוּטר מיִט׳ן נאָגעֶל איִן װאַנד אַ קריִץ געֶטהוּן — אוּן אַ זיִס קריִסטאַל־רײֵן שטרעֶמעֶלעֶ האָט זיִך איִהם איִן מוׂיל אַרײַנגעֶשלעֶנגעֶלט. בּעֶגאָסעֶן מיִט בּלעֶנדעֶנדעֶן גלאַנץ אוּן שײַן פוּן גאָטס שְכִינָה, האָבּעֶן יוּדעֶן אוׂיף דיִ טריִקעֶנעֶ װעֶגעֶן מוּטהיִגעֶ אוּן פרײַעֶ אַלץ פאָראוׂיס געֶשפּאַנט. מיִט אַ מאָל האָבּעֶן זײֵ דעֶרפיִהלט דעֶם גרוׂיסעֶן נֵס, װאָס מיִט זײֵ איִז דאָ געֶשעֶהן, אוּן אַ הוׂיכעֶ קליִנגעֶנדיִגעֶ שִירָה האָט זיִך אַרוׂיסגעֶריִסעֶן פוּן שִשִים רִבּוׂא ²) יוּדעֶן, װיִ פוּן אײֵן מעֶכטיִגעֶר בּרוּסט. אַלט אוּן יוּנג, ↰ 70 גרוׂיס אוּן קלײֵן האָבּעֶן געֶזוּנגעֶן, אַ קינד, אײַנגעֶשלאָפעֶן איִן דעֶר מאַמעֶ׳ס שוׂיס, האָט דאָס קעֶפּיִלעֶ אוׂיפגעֶהוׂיבּעֶן, אוּן אַ זוׂיג־קיִנד האָט דעֶר מוּטעֶר׳ס בּרוּסט פוּן מוׂיל אַרוׂיסגעֶלאָזט, אוּן טײַטעֶנדיִג אוׂיף דעֶר שְכִינָה מיִט דיִ פיִנגעֶר צוּזאַמעֶן מיִט אַלעֶ מיִטגעֶזוּנגעֶן:

¹) גאַראַנטיִערעֶן, גוּט זײַן, עֶי דעֶר חוֹב װעֶט בּעֶצאָהלט װעֶרעֶן. ²) זעֶקס הוּנדעֶרט טוׂיזעֶנד.

— זֶה אֵלִי — אָט איִז אוּנזעֶר גרוׂיסעֶר גאָט!

דיִ רוׂיבּ פוּן יָם.

אַז פּרעה האָט זיִך געֶלאָזט נאָכיאָגעֶן דיִ יוּדעֶן מיִט װעֶגעֶן אוּן רײַטעֶר, האָט עֶר אַלעֶ פעֶרד אוׂיסגעֶציִערט מיִט פּעֶרעֶל אוּן בּריִליִאַנטעֶן, כְּדֵי זיִך אוּמקעֶהרעֶן צוּריִק בּעֶקרוׂינט מיִט נִצָחוׂן אוּן בּעֶשײַנט מיִט גרוׂיסעֶר פּראַכט. אוּן אַז גאָט האָט דיִ מִצְרִים דעֶרטרוּנקעֶן, זעֶנעֶן אַלעֶ פּעֶרעֶל אוּן בּריִליִאַנטעֶן צוּגעֶשװאוּמעֶן צוּ׳ם בּרעֶג אוּן דיִ יוּדעֶן האָבּעֶן זײֵ צוּנוׂיפגעֶקליִבּעֶן. זעֶנעֶן דיִ יוּדעֶן טאָג־טעֶגליִך געֶקוּמעֶן צוּם בּרעֶג אוּן ניִט געֶװאָלט אָפּטרעֶטעֶן פוּן אָרט. זאָגט משֶה צוּ זײֵ:

— איִהר מײֵנט, אַז אַלעֶ טאָג װעֶט אײַך גאָט פעֶרזיִנקעֶן פריִשעֶ מצרים אוּן אַרוׂיסװאַרפעֶן נײַעֶ אוׂצְרוׂת פּעֶרעֶל מיִט בּריִליִאַנטעֶן?

האָבּעֶן זײֵ אַלץ ניִט געֶװאָלט אָפּטרעֶטעֶן, בּיִז משה האָט זײֵ פוּן דאָרט מיִט געֶװאַלד אַװעֶקגעֶפיִהרט.

↤ 71

דיִ יוּדעֶן איִן מִדְבָּר.
דעֶר מָן.

דעֶר מָן, מיִט װעֶלכעֶן דיִ יוּדעֶן האָבּעֶן זיִך פעֶרציִג יאָהר איִן דעֶר מִדְבָּר געֶשפּײַזט, האָט געֶהאַט איִן זיִך אַזאַ אײֵגעֶנשאַפט: עֶר איִז צוּגאַנגעֶן איִן מוׂיל, אוּן יעֶדעֶרעֶר האָט איִן איִהם געֶפיִהלט, װעֶלכעֶן טַעַם עֶר האָט געֶװאָלט.

װיִ דיִ זוּן טהוּט אַ װאַריִם, װעֶרט דעֶר מן צוּגאַנגעֶן, אוּן פלײֵצט טײֵכליִך־װײַז בּיִז׳ן ים. פלעֶגעֶן קוּמעֶן היִרשעֶן אוּן היִנדעֶן ¹) אוּן טריִנקעֶן דעֶם פליִסיִגעֶן ²) זיִסעֶן מן. אוּן אַז דיִ אוּמוׂת־העוׂלם פאַנגעֶן זײֵ דעֶרנאָך אוּן עֶסעֶן זײֵעֶר פלײֵש, דעֶרפיִהלעֶן זײֵ דעֶם טַעַם פוּן מן אוּן זאָגעֶן:

— װאוׂיל איִז דעֶם פאָלק, װאָס האָט אַזעֶלכעֶס.

דעֶר מן פלעֶגט עֶנטדעֶקעֶן פיִעל פעֶרבּאָרגעֶנעֶ זאַכעֶן:

לְמָשָל, צװײֵ קוּמעֶן צוּ משה׳ן זיִך מִשְׁפָּט׳עֶן װעֶגעֶן אַ קנעֶכט: דעֶר זאָגט: עֶר איִז מײַנעֶר, דוּ האָסט מיִר איִהם פעֶרקוׂיפט, אוּן יעֶנעֶר טַעֲנֶה׳ט: נײֵן! דוּ האָסט איִהם מיִט געֶװאַלד צוּגעֶנוּמעֶן! זאָגט משה: מאָרגעֶן געֶהט אַרוׂיס דעֶר פְּסַק.

אוׂיף מאָרגעֶן בּײַם קלוׂיבּעֶן מן בּעֶקוּמט יעֶדעֶר הוׂיז־געֶזיִנד גלײַך צוּ מעֶסטליִך מן אוׂיף יעֶדעֶן קאָפּ, זעֶהט מעֶן, בּײַ װעֶמעֶן עֶס איִז דאָ אַן איִבּעֶריִג מעֶסטעֶל — דעֶם געֶהעֶרט דעֶר קנעֶכט.

¹) רעֶה-קיִה, אַזאַ אַרט היִרש. ²) נעֶשמאָלצען, צוּגאָסעֶן װיִ װאַסעֶר.

↤ 72

עֲמָלֵק.

דיִ חֲכָמִים האָבּעֶן געֶזאָגט מְשָׁלִים אוׂיף מִלְחֶמֶת־עֲמָלֵק:

I.

אײֵנעֶר האָט געֶהאַט אַ ציִטעֶריִגעֶן בֶּן־יָחִיד אוּן איִהם געֶטראָגעֶן אוׂיף דיִ אַקסעֶל, אוּן װאָס דאָס פעֶרצוׂיגעֶנעֶ קיִנד האָט נוּר געֶזעֶהן מיִט דיִ אוׂיגעֶן, האָט דעֶר פאָטעֶר איִהם געֶמוּזט שאַפעֶן:

— טאַטעֶ, קוׂיף מיִר דאָס, יעֶנס — אוּן דעֶר פאָטעֶר קוׂיפט אוּן גיִט אוּן טראָגט איִהם װײַטעֶר.

בּעֶגעֵגעֶנעֶן זײֵ אַ בּעֶקאַנטעֶן — פרעֶגט דאָס קיִנד:

— ציִ װײֵסטוּ ניִט אָפט, װאוּ איִז דעֶר טאַטעֶ?

רוּפט זיִך אָפּ דעֶר פאָטעֶר אוּן זאָגט:

— נאַר אײֵנעֶר! דיִ גאַנצעֶ צײַט טראָג איִך דיִך אַרוּם אוּן קעֶכעֶל דיִך כְּסֵדֶר — לְסוׂף פרעֶגסטוּ, װאוּ בּיִן איִך?!

בּײַ דיִ רעֵד האָט עֶר איִהם אַראָפּגעֶװאָרפעֶן פוּן אַקסעֶל, — קוּמט אַ הוּנד אוּן גיִט איִהם אַ בּיִס.

אַזוׂי איִז מיִט דיִ יוּדעֶן: זײֵ בּעֶקוּמעֶן אַלץ, װאָס זײֵ בּעֶגעֶהרעֶן — פלײֵש פוּן װאַכטלעֶן, בּרוׂיט פוּן מָן, װאַסעֶר פוּן שטײֵן, צוּם סוׂף פרעֶגעֶן זײֵ: „ציִ איִז גאָט צװיִשעֶן אוּנז פאַרהאַן, — האָט עֶר אוׂיף זײֵ אָנגעֶרײֵצט עֲמָלֵק׳ן.

II.

דעֶר פָּסוּק זאָגט: „געֶדעֶנק, װאָס עמלק האָט דיִר געֶטהוּן! עֶר האָט דיִך געֶטראָפעֶן איִן װעֶג אוּן אָפּגעֶקיִהלט” ¹).

ס׳איִז געֶגלײֵכעֶן צוּ אַ זוּדיִגעֶ הײֵסעֶ װאַנעֶ, װאָס קײֵנעֶר װאַגט זיִך ניִט אַהיִן אַרײַן, נעֶהמט אַ פעֶרשײַטעֶר אוּן שפּריִנגט אַרײַן, אַלײֵן זיִך אָפּגעֶבּריִהט, אָבּעֶר דאָס װאַסעֶר עֶטװאָס אָפּגעֶקיִהלט אוּן אַלעֶ שװעֶנקעֶן זיִך שוׂין דעֶריִנעֶן.

אַזוׂי האָבּעֶן אַלעֶ אוּמוׂת געֶהאַט אָפּשײַ פאַר דיִ יוּדעֶן נאָך פּרעה׳ס מַפָּלָה, בּיִז עמלק האָט דעֶר עֶרשטעֶר געֶװיִזעֶן דעֶם װעֶג, אַז מעֶן קעֶן זײֵ בּעֶפאַלעֶן.

¹) „קרךָ” — פוּן לשוׂן אָפּקיִהלעֶן.

↤ 73

שפּעֶטעֶר, אַז דיִ מְרַגְלִים האָבּעֶן אוׂיסגעֶשפּיִרט אֶרֶץ־יִשְׂרָאֵל אוּן געֶקוּמעֶן צוּריִק אָפּגעֶבּעֶן אַ בּעֶריִכט, האָבּעֶן זײֵ געֶשראָקעֶן יוּדעֶן מיִט דיִ װעֶרטעֶר: „עמלק זיִצט איִן דיִ דָרוׂם־שטעֶדט”.

װיִ יעֶנס קיִנד װאָס האָט זיִך פעֶרזיִנדיִגט אוּן בּעֶקוּמעֶן שמיִץ, איִז װעֶן מעֶן װיִל איִהם שרעֶקעֶן — דעֶרמאָהנט מעֶן איִהם דעֶם קאַנטשוּק.

III.

„גאָט פיִהרט מִלְחָמָה מיִט עמלק׳ן פוּן דוׂר צוּ דוׂר” —

איִז דעֶר מָשָׁל:

דיִ שׁלאַנג פעֶרטריִבּעֶן —
איִהר גיִפט געֶבּליִבּעֶן!

שָׁאוּל הַמֶלֶך האָט געֶטוׂיט אַלעֶ עֲמַלֵקִים, נאָר זײֵעֶר מֶלֶך אֲגָג געֶלאָזעֶן לעֶבּעֶן, אוּן שְׁמוּאֵל הַנָבִיא האָט אוׂיך איִהם צוּריִסעֶן, — איִז שפּעֶטעֶר אוׂיפגעֶשטאַנעֶן הָמָן הָאֲגָגִי אוּן געֶװאָלט אַלעֶ יוּדעֶן אוׂיסראָטעֶן. הָמָנ׳עֶן האָט מעֶן געֶהאַנגעֶן, אוּן זײַן גיִפט איִז בּיִז אוׂיף הײַנטיִגעֶן טאָג פעֶרבּלִיבּעֶן.

מַתַּן תּוׂרָה.
I.

אַ שטיִק צײַט איִז אַריִבּעֶר פוּן זיִנט יוּדעֶן האָבּעֶן זיִך בּעֶפרײַט פוּן מצרים בּיִז גאָט האָט זײֵ איִן דעֶר מִדְבָּר דיִ תּוׂרָה געֶגעֶבּעֶן.

אַ מֶלֶך האָט געֶהאַט אײֵן־אוּן־אײֵנציִגעֶן זוּהן, װאָס איִז נוּר־װאָס אוׂיפגעֶשטאַנעֶן פוּן אַ שװעֶרעֶר קרעֶנק. קוּמט דעֶר פּעֶדאַגאָג ¹) צוּם מֶלֶך אוּן זאָגט: שוׂין צײַט שיִקעֶן דעֶם פּריִנץ איִן שוּל לעֶרנעֶן.

עֶנטפעֶרט דעֶר מֶלֶך: עֶר איִז עֶרשט געֵנעֶזעֵן ²) געֶװאָרעֶן אוּן איִז שטארק אַראָפּ פוּן פָּנִים, זאָל עֶר זיִך נאָך אָנטהוּן װאוׂילטאָג אַ דרײַ חֳדָשִים בּיִז עֶר װעֶט רעֶכט צוּ זיִך קוּמעֶן.

אַזוׂי האָט גאָט געֶזאָגט: מײַנעֶ קיִנדעֶר זעֶנעֶן עֶרשט אַרוׂיסגעֶקראָכעֶן פוּן דעֶר לײֵם אוּן דיִ רוּקעֶנס האָבּעֶן זײֵ נאָך ניִט אוׂיסגעֶגלײַכט פוּן דיִ שװעֶרעֶ ציִגעֶל, — לאָמיִר זײֵ פריִהעֶר קעֶכלעֶן דרײַ חדשיִם מיִט מָן אוּן װאַכטלעֶן אוּן פריִשעֶן װאַסעֶר פוּן מִרְיָם׳ס בּרוּנעֶן, — װעֶלעֶן זײֵ צוּ זיִך קוּמעֶן, אוּן דעֶרנאָך װעֶל איִך זײֵ דיִ הײֵליִגעֶ תּוׂרָה געֶבּעֶן.

¹) לעֶהרעֶר אוּ עֶרציִהעֶר. ²) געֶזוּנד געֶװאָרעֶן, אוׂיסגעֶהײֵלט.

↤ 74

II.

אַז דיִ יוּדעֶן זעֶנעֶן אַרוׂיס פוּן מצרים, איִז צװיִשעֶן זײֵ געֶװעֶן פיִעל קאַליִקעֶס פוּן דעֶר שװעֶרעֶר אַרבּײַט: דעֶם איִז אַ שטײֵן געֶפאַלעֶן פוּן טוׂיעֶר אוּן דיִ האַנד צוּזעֶצט, דעֶם האָט אַ ציִגעֶל געֶטראָפעֶן — אוּן דיִ פיִס צעֶבּראָכעֶן. האָט גאָט געֶזאָגט:

— איִך װיִל זײֵ געֶבּעֶן דיִ תּוׂרה אוּן מאַכעֶן פאַר אַ קעֶניִגרײַך פוּן כּהֲנִים אוּן אַ הײֵליִג פאָלק, — װיִ־זשעֶ קעֶנעֶן כּהנים דיִן בַּעֲלֵי־מוּם ¹)? — האָט עֶר בּאַלד אַ װאוּנק געֶטהוּן צוּ דיִ מלאָכיִם, זעֶנעֶן זײֵ אַראָפּ אוּן אַלעֶמעֶן אוׂיסגעֶהײֵלט.

III.

נאָך בִּשעת װעֶלט־בּעֶשאַפעֶן האָט גאָט מיִט אַלעֶ בּעֶשעֶפעֶניִשעֶן אַ תְּנַאי אוׂיסגעֶנוּמעֶן: װעֶלעֶן יוּדעֶן אָננעֶהמעֶן שפּעֶטעֶר דיִ תּוׂרָה — בּלײַבּט איִהר אוׂיף װײַטעֶר, אוׂיבּ ניִשט — מאַך איִך צוּריִק פוּן אײַך תּׂהוּ־וּבׂהוּ ²).

אײֵנעֶר האָט געֶהאַט אַ גאָרטעֶן, פעֶרפלאַנצט מיִט אַלעֶרלײֵ פרוּכט־בּײֵמעֶר: פײַגעֶן, װײַנשטאָקעֶן, מיִלגרוׂימעֶן, עֶפּעֶל. האָט עֶר עֶס איִבּעֶרגעֶגעֶבּעֶן אַ פּעֶכטעֶר, עֶר זאָל דעֶם גאָרטעֶן בּעֶאַרבּײַטעֶן אוּן אָפּהיִטעֶן. איִן אַ צײַט אַרוּם קוּמט עֶר זעֶהן, װאָס טהוּט זיִך איִן זײַן גאָרטעֶן. געֶפיִנט עֶר איִהם איִנגאַנצעֶן װיִלד, פעֶרװאָקסעֶן מיִט שטעֶכלעֶן אוּן דעֶרנעֶר. הײֵסט עֶר בּרײֵנגעֶן אַרבּײַטעֶר אוׂיסצוּהאַקעֶן דעֶם גאַנצעֶן גאָרטעֶן. דעֶרזעֶהט עֶר פּלוּציִם צװיִשעֶן דיִ דעֶרנעֶר אַ שעֶהנעֶ פריִשעֶ רוׂיז. גיִט עֶר זיִ אַ שמעֶק אוּן דעֶרקװיִקט זיִך גאָר מיִט איִהר זיִסעֶן רֵיחַ. — צוּליִעבּ אָט דעֶר רוׂיז — זאָגט עֶר — זאָל געֶרעֶטעֶט װעֶרעֶן דעֶר גאַנצעֶר גאָרטעֶן.

אַזוׂי אוׂיך איִז דיִ גאַנצעֶ װעֶלט צוּליִעבּ דעֶר תּוׂרָה בּעֶשאַפעֶן געֶװאָרעֶן. נאָך 20 דוׂרוׂת האָט זיִך גאָט אוּמגעֶקוּקט אוׂיף זײַן װעֶלט אוּן בּעֶטראַכט, װאָס האָט מעֵן דאָרט אוׂיפגעֶטהוּן. זעֶהט עֶר קַיִן, דוׂר הַמַבּוּל, דוׂר הַפְלָגָה. — ניִשט כְּדַאי! — זאָגט גאָט — אוּמבּרײֵנגעֶן װעֶל איִך דיִ װעֶלט. דעֶרזעֶהט עֶר אָבּעֶר איִנמיִטעֶן אײֵן פּרעֶכטיִג שעֶהנעֶ רוׂיז — דאָס יוּדיִשעֶ פאָלק מיִט דעֶר תּוׂרה. — אָט צוּליִעבּ זײֵ — זאָגט גאָט — װעֶרט געֶרעֶטעֶט דיִ גאַנצעֶ װעֶלט.

¹) קאַליִקעס, מיִט פעֶהלעֶרעֶן. ²) כאַאָס, לעֶעֶר אוּן גאָר־ניִשט.

↤ 75

IV.

אַז גאָט האָט פעֶרטראַכט צוּ געֶבּעֶן דיִ תּוׂרָה, האָט עֶר זיִ פריִהעֶר אַרוּמגעֶטראָגעֶן צוּ אַלעֶ אוּמוׂת־הָעוׂלָם, אוּן קײֵנעֶר האָט זיִ ניִט געֶװאָלט נעֶהמעֶן:

עֶר קוּמט צוּ דיִ בְּנֵי אֶדוׂם ¹) — פרעֶגעֶן זײֵ:

— װאָס שטעֶהט דאָרט געֶשריִבּעֶן?

— לא תִרְצָח, הַרְגֶ׳ע ניִט!

— נײֵן, אַזאַ תּוׂרה קעֶנעֶן מיִר ניִט אָננעֶהמעֶן! דיִ בּעֶסטעֶ בְּרָכָה פוּן אוּנזעֶר זײֵדעֶן עֵשָׂו איִז „פוּן דײַן שװעֶרד זאָלסטוּ לעֶבּעֶן!”

קוּמט עֶר צוּ עַמוׂן וּמוׂאָב — פרעֶגעֶן זײֵ אוׂיך:

— װאָס שטעֶהט דאָרט געֶשריִבּעֶן?

— לא תִנְאָף, טרײַבּ ניִט קײַן אוּנצוּכט!

— אַזאַ תּוׂרה קעֶנעֶן מיִר ניִט אָננעֶהמעֶן, אוּנזעֶר גאַנצעֶר יִחוּס איִז דעֶר זײֵדעֶ לוׂט מיִט זײַנעֶ צװײֵ טעֶכטעֶר איִן דעֶר הײֵהל.

קוּמט עֶר צוּ דיִ בְּנֵי יִשְמָעֵאל — פרעֶגעֶן זײֵ װיִדעֶר:

— װאָס שטעֶהט דאָרט געֶשריִבּעֶן ?

— לא תִגְנוב, זאָלסט ניִט גַנְבֶ׳נעֶן.

— אַזאַ תּוׂרה קעֶנעֶן מיִר ניִט אָננעֶהמעֶן, אוּנזעֶר זײֵדעֶ יִשמעאל איִז געֶװעֶן בּעֶריִהמט פאַר „אַ װיִלדעֶן מעֶנשעֶן, געֶלעֶבּט פוּן גְנֵיבָה אוּן גְזֵילָה, זײַן האַנד געֶגעֶן אַלעֶ”...

בּיִז גאָט איִז געֶקוּמעֶן צוּ דיִ קיִנדעֶר יִשְרָאֵל אוּן זײֵ האָבּעֶן געֶזאָגט „נַעֲשֶׂה וְנִשְׁמַע” — מיִר װעֶלעֶן פאָלגעֶן אוּן העֶרעֶן.

V.

בִּשְעַת דיִ יוּדעֶן זעֶנעֶן געֶשטאַנעֶן בּײַ׳ם בּאַרג סִינַי אוּן האָבּעֶן געֶזאָגט „נעשה ונשמע”, צוּגעֶזאָגט „פאָלגעֶן” אײֵדעֶר זײֵ האָבּעֶן „געֶהעֶרט” װאָס מעֶן װעֶט זיִך בּעֶפעֶהלעֶן, — זעֶנעֶן אַראָפּגעֶגאַנגעֶן שִׁשִׁים רִבּוׂא מַלְאָכִים אוּן יעֶדעֶרעֶן אָנגעֶטהוּן ציִ צװײֵ קרוׂינעֶן: אײֵנעֶ פאַר „נעשה”, דיִ אַנדעֶרעֶ — פאַר „נשמע”; אַז דיִ יוּדעֶן האָבּעֶן דעֶרנאָך געֶזיִנדיִגט אוּן געֶמאַכט דעֶם עֵגֶל ²), זעֶנעֶן אַראָפּ צװײֵמאָל ששים רבּוׂא מלאָכיִם אוּן צוּריִק צוּגעֶנוּמעֶן דיִ קרוׂינעֶן.

¹) רוׂים הײֵסט בּײַ דיִ חכמי התּלמוּד — אדוׂם. רוׂים האָט געֶװעֶלטיִגט מיִט׳ן בּלוּטיִגעֶן שװעֶרד. ²) גאָלדעֶנעֶ קאַלבּ.

↤ 76

VI.

קײַן פוׂיגעֶל האָט ניִט געֶצװיִטשעֶרט, קײַן פליִגעֶל זיִך ניִט געֶריִהרט, קײַן װעֶלעֶ איִן יַם זיִך ניִט בּעֶװעֶגט, מלאָכים איִן היִמעֶל דיִ שִירָה איִבּעֶרגעֶריִסעֶן, שְׂרָפִים דעֶם „קָדוׂש” ניִט פעֶרעֶנדיִגט, דיִ גאַנצעֶ װעֶלט דעֶם אָטהעֶם פעֶרחאַפּט, — איִן דעֶר מיִנוּט װעֶן גאָט׳ס שטיִמעֶ האָט אַ דיִנעֶר געֶטהוּן פוּן אײֵן עֶק װעֶלט בּיִז׳ן אַנדעֶרעֶן: „אָנכִי ה׳ אֱלהֶיך”.

VII.

„אנכי ה׳ אלהיך” — איִך בּיִן גאָט דײַן גאָט איִן אַלעֶ געֶשטאַלטעֶן. איִן געֶשטאַלט פוּן אַ מעֶכטיִגעֶן גִבּוׂר איִן שטרײַט — האָט זיִך פאַר דיִ יוּדעֶן דיִ געֶטליִכקײַט בּײַ׳ם יַם בּעֶװיִזעֶן, איִן געֶשטאַלט פוּן אַ װײַזעֶן געֶניִטעֶן לעֶהרעֶר אוׂיפ׳ן בּאַרג סִינַי, װיִ אַ יוּנגליִנג שעֵהן אוּן פריִש אוּן לעֶבּעֶנסלוּסטיִג איִן שׁלׂמה הַמֶלֶך׳ס צײַטעֶן, װיִ אַ בּאַריִמהאַרציִגעֶר גרײַז־גרוׂיעֶר פאָטעֶר איִן דיִ צײַטעֶן פוּן דָנִיאֵל — „אנכי ה׳ אלהיך, אײֵנעֶר איִז דעֶר יוּדיִשעֶר גאָט איִן אַלעֶ געֶשטאַלטעֶן.

VIII.

דיִ צעֶהן געֶבּאָט, אַרוׂיסגעֵהעֶנדיִג פוּן גאָט׳ס מוׂיל, האָבּעֶן זיִך צוּשפּרײֵט אוׂיף גאָר דעֶר װעֶלט אוּן מיִט יעֶדעֶן פוּן זײֵ האָט זיִ זיִך אָנגעֶפוּלט מיִט אַ זיִסעֶן רֵיחַ פוּן בְּשָׂמִים, יעֶדעֶס געֶבּאָט מיִט זײַן בּעֶזוּנדעֶרעֶן רֵיחַ. אוּן פוּן אײֵן עֶק װעֶלט בּיִז׳ן אַנדעֶרעֶן האָט געֶהיִלכט גאָט׳ס שטיִמעֶ, צוּבּרעֶקעֶלט זיִך אוׂיף זיִבּעֶציִג טײֵלעֶן אוּן אוׂיף אַלעֶ זיִבּעֶציִג לְשוׂנוׂת זיִך העֶרעֶן געֶלאָזט.

פעֶרציִטעֶרט זעֶנעֶן געֶװאָרעֶן אַלעֶ אוּמוׂת פוּן דעֶר װעֶלט אוּן עֶרשטוׂינט זעֶנעֶן שטעֵהן געֶבּליִבּעֶן דיִ מְלָכִים איִן זײֵעֶרעֶ פאַלאַצעֶן. אוּן פוּן אַלעֶ עֶקעֶן איִז מעֶן געֶקוּמעֶן צוּ בִּלְעָם׳ן, דעֶר נָבִיא פוּן דיִ אוּמוׂת איִן יעֶנעֶר צײַט, אוּן דעֶרשראָקעֶנעֶ האָט מעֶן איִהם געֶפרעֶגט: װאָס בּעֶדײַט עֶס, אֶפְשַר װיִל גאָט װיִדעֶר אַ מַבּוּל בּרעֵנגעֶן אוׂיף דעֶר װעֶלט?

עֶנטפעֶרט עֶר זײֵ: גאָט האָט שוׂין אײֵנמאָל געֶשװאוׂירעֶן, אַז עֶר װעֶט דיִ װעֶלט מעֶהר ניִט פעֶרפלײֵצעֶן.

— אפשר פעֶרפלײֵצעֶן — ניִשט, אָבּעֶר אַן אוּמקוּמעֶניִש דוּרך פײַעֶר — יאָ?

— נײֵן, דיִ װעֶלט װעֶרט ניִט חָרוּב, — שטאַרקעֶר אוּן מעֶכטיִגעֶר װעֶרט זיִ —

↤ 77

„אַ גרוׂיסעֶ מאַכט גיִט גאָט צוּ זײַן פאָלק” ¹).

האָבּעֶן זײֵ אַלעֶ געֶעֶנטפעֶרט: „בּעֶנש גאָט זײַן פאָלק מיִט פריִעדעֶן” ²).

IX.

אַז משה איִז אַרוׂיף אוׂיפ׳ן היִמעֶל, זעֶנעֶן דיִ מלאָכים געֶקוּמעֶן צוּ׳ם אוׂיבּעֶרשטעֶן אוּן געֶזאָגט:

— װאָס טהוּט אַ יְלוּד־אִשָה ³) דאָ צװיִשעֶן אוּנז?

זאָגט עֶר זײֵ: דיִ תּוׂרָה נעֶהמעֶן.

פרעֶגעֶן זײֵ:

— אַ טײַעֶרעֶר שאַץ ליִגט בּײַ דיִר פעֶרבּאָרגעֶן נאָך מיִט תַּתְּקְעַ״ד ⁴) דוׂרוׂת פריִהעֶר אײֵדעֶר דיִ װעֶלט איִז בּעֶשאַפעֶן געֶװאָרעֶן, איִצט װיִלסטוּ עֶס אַװעֶקגעֶבּעֶן דיִ מעֶנשעֶן־קיִנדעֶר, אוּן ניִט אוּנז, מײַנעֶ טרײַעֶ קנעֶכט?

זאָגט גאָט צוּ משה׳ן: גיִבּ דוּ זײֵ אַ תְּשוּבָה.

עֶנפעֶרט משה:

— איִך האָבּ מוׂרָא, זײֵ װעֶלעֶן מיִך פעֶרבּרעֶנעֶן מיִט׳ן הוׂיך פוּן זײֵעֶר מוׂיל.

זאָגט גאָט: האַלט זיִך אָן בּײַ׳ם כִּסֵא־הַכָּבוׂד אוּן גיִבּ זײֵ אַן עֶנטפעֶר.

זאָגט משה:

— רִבּוׂנוׂ־שֶל־עוׂלָם! װאָס שטעֵהט דעֶן איִן דײַן תּוׂרה? — „איִך בּיִן גאָט דײַן גאָט, װאָס האָט דיִך אַרוׂיסגעֶנוּמעֶן פוּן מצריִם”, — זעֶנט איִהר דעֶן, מלאָכים, איִן מִצְרַיִם געֶװעֶן, פּרעה׳ן געֶדיִענט? דאָס צװײֵטעֶ געֶבּאָט: „זאָלסט ניִט האָבּעֶן קײַן אַנדעֶרעֶ געֶטעֶר” — װאוׂינט איִהר דעֶן צװיִשעֶן גוׂיִם געֶטצעֶנדיִנעֶר? װײַטעֶר: „שװעֶר ניִט פאַלש מיִט גאָטס נאָמעֶן” — האַנדעֶלט איִהר דעֶן? „האַלט עֶהרליִך פאָטעֶר אוּן מוּטעֶר” — האָט איִהר דעֶן עֶלטעֶרן? װײַטעֶר: „לא תִרְצָח", „לא תִגְנוׂב, „לא תִנְאָף” — איִז דעֶן קִנְאָה־שִׂנְאָה בײַ אײַך דאָ, האָט איִהר דעֶן אַ יֵצֶר־הָרָע?

בּאַלד זעֶנעֶן אַלעֶ מלאָכים געֶװאָרעֶן משה׳ס גוּטעֶ פרײַנד אוּן יעֶדעֶר האָט איִהם געֶגעֶבּעֶן אַן אַנדעֶר מַתָּנָה.

¹) אַ פּסוּק איִן תּהלים. ²) דיִ צװײֵטעֶ העֶלפט פּסוּק. ³) געֶבּוׂירעֶן פוּן אַ פרוׂי. ⁴)

X.

אַז משה האָט זיִך אַראָפּגעֶלאָזט פוּנ׳ם היִמעֶל, איִז דעֶר שָׂטָן געֶקוּמעֶן ↰ 78 פאַר גאָט בָּרוּך־הוּא אוּן געֶפרעֶגט: העֶר פוּן דעֶר װעֶלט, װאוּ איִז דײַן תּוׂרה?

— דעֶר עֶרד האָבּ איִך זיִ אָפּגעֶגעֶבּעֶן — האָט גאָט איִהם געֶעֶנטפעֶרט.

איִז דעֶר שָׂטָן אַװעֶק צוּ דעֶר עֶרד אוּן געֶפרעֶגט בּײַ איִהר: װאוּ איִז דיִ תּוׂרה?

— „אײֵן גאָט װײֵסט קלאָר איִהר װעֶג”.

געֶהט עֶר צוּם יַם פרעֶגעֶן.

— ניִטאָ בּײַ מיִר — עֶנטפעֶרט איִהם דעֶר יַם.

לאָזט עֶר זיִך צוּם אָפּגרוּנד אַראָפּ.

— „ניִט בּײַ מיִר איִז זיִ” — עֶנטפעֶרט דעֶר אָפּגרוּנד.

קוּמט דעֶר שטן צוּריִק פאַר גאָט אוּן זאָגט: רבּוׂנוׂ־של־עוׂלם, איִך האָבּ זיִ אוׂיף דעֶר גאַנצעֶר עֶרד אוׂיפגעֶזוּכט אוּן ניִשט געֶפוּנעֶן.

— געֶה צוּ עַמְרָם׳ס זוּהן — האָט איִהם גאָט געֶעֶנטפעֶרט.

געֶהט עֶר צוּ משה׳ן אוּן פרעֶגט איִהם: דיִ תּוׂרה, װאָס גאָט האָט דיִר געֶגעֶבּעֶן, װאוּ איִז זיִ?

— מיִר? — האָט משה געֶזאָגט — װאָס בּיִן איִך דעֶן, אַז גאָט זאָל מיִר געֶבּעֶן זײַן תּוׂרה?

— משה — זאָגט גאָט — דוּ פעֶרלײֵקעֶנסט גאָר?!

— רבּוׂנוׂ־של־עוׂלם — עֶנטפעֶרט משה — דײַן טײַעֶרעֶר אוׂצָר, איִן װעֶלכעֶן דוּ שפּיִגעֶלסט זיִך אַלעֶ טאָג, זאָל איִך איִהם פאַר מײַנעֶם רעֶכעֶנעֶן?

— פאַר אַזאַ עֲנִיווּת — זאָגט גאָט — קוּמט דיִר, אַז דיִ מַתָּנָה זאָל זיִך אָנרוּפעֶן אוׂיף דײַן נאָמעֶן — „תּוׂרַת משה” װעֶט זיִ הײֵסעֶן בּײַ׳ם גאַנצעֶן פאָלק.

XI.

דיִ תּוׂרה, װאָס משׁה האָט געֶנוּמעֶן אוׂיפ׳ן בּאַרג סִינַי איִז געֶװעֶן געֶשריִבּעֶן מיִט שװאַרץ פײַעֶר אוׂיף װײַס פײַעֶר אוּן אײַנגעֶהיִלט איִן פײַעֶר. משה האָט געֶשריִבּעֶן אוּן דיִ פעֶדעֶר אָפּגעֶװיִשט איִן דיִ האָר פוּן קאָפּ, — דעֶרפוּן האָט עֶר זײַנעֶ שטראַהלעֶן בּעֶקוּמעֶן.

דעֶר עֵגֶל.

װעֶן משה איִז אַרוׂיף אוׂיפ׳ן בּאַרג סִינַי, האָט עֶר מיִט דיִ יוּדעֶן אָפּגעֶרעֶדט: איִן פעֶרציִג טאָג אַרוּם בּרעֵנג איִך אײַך דיִ תּוׂרה. דעֶם לעֶצטעֶן טאָג איִז געֶקוּמעֶן דעֶר שטן אוּן אָנגעֶמאַכט צװיִשעֶן יוּדעֶן אַ געֶרוּדעֶר:

— װאוּ איִז משה ? װאוּ קעֶן זײַן משֶׁה?

↤ 79

— אוׂיפ׳ן היִמעֶל — זאָגעֶן אַנדעֶרעֶ.

— שוׂין נאָך האַלבּעֶן טאָג אוּן נאָך ניִשטאָ!

— אַװַדְאִי געֶשטאָרבּעֶן.

הוׂיבּט מעֶן אוׂיף דיִ אוׂיגעֶן אַרוׂיף צוּ דיִ װאָלקעֶן. דעֶרזעֶהט מעֶן עֶפּיִס, װיִ אַ מִטָה טראָגט זיִך איִן דעֶר לוּפטעֶן, װײַזט מעֶן מיִט דיִ פיִנגעֶר אוּן מעֶ זאָגט:

— יאָ, מיִט משה׳ן, װײַזט אוׂיס, איִז טאַקיִ עֶפּיִס דאָרט געֶשעֶהן.

האָבּעֶן זיִך צוּנוׂיפגעֶקליִבּעֶן פעֶרציִג טוׂיזעֶנד מאַן פוּן עֵרֶב רַב ¹) אוּן צװיִשעֶן זײֵ — צװײֵ חַרְטוּמִים יוּנוּס אוּן יוּמבּרוּס, װאָס האָבּעֶן בּײַ פּרעה׳ן אַלעֶ מוׂפתים געֶװיִזעֶן מיִט כּשוּף. אוּן זײֵ זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן צוּ אַהרנ׳עֶן אוּן געֶזאָגט: משה װעֶט שוׂין צוּריִק ניִט קוּמעֶן, — מאַך אוּנז אַ גאָט! װיִל זײֵ אַהרן אײַננעֶהמעֶן מיִט גוּטעֶ רעֵד אוּן חוּר העֶלפט איִהם: — װאָרט נאָך אוׂיף אַ קוּרצעֶ צײַט, עֶר װעֶט געֶװיִס בּאַלד קוּמעֶן. װיִלעֶן זײֵ ניִט העֶרעֶן. הוׂיבּט חוּר זיִך אָן צוּ בּײֵזעֶרעֶן: האַרטנעֶקיִגעֶ! אַזוׂי גיִך פעֶרגעֶסט איִהר איִן משה׳ן מיִט אַל־דאָס־גוּטס, װאָס עֶר האָט אײַך געֶטהוּן! האָבּעֶן זײֵ חוּר׳ן געֶ׳הַרְג׳עֶט אוּן װיִדעֶר צוּגעֶשטאַנעֶן צוּ אהרנ׳עֶן:

— מאַכסטוּ אוּנז אַ גאָט איִז רעֶכט, װעֶן ניִט טוׂיטעֶן מיִר דיִך אוׂיך.

פּרוּבט זיִך אַהרן איִבּעֶרקליִגעֶן זײֵ אוּן זאָגט: „בּרעֶנגט דיִ גיִלדעֶרנעֶ אוׂיריִנגליִך פוּן אײַעֶרעֶ פרוׂיעֶן אוּן טעֶכטעֶר”. געֶרעֶכעֶנט האָט עֶר: פרוׂיעֶן זעֶנעֶן פעֶרקאָכט נאָך ציִרוּנג אוּן װעֶלעֶן ניִט געֶבּעֶן. אוּן דיִ פרוׂיעֶן האָבּעֶן װיִרקליִך ניִט געֶװאָלט אָפּגעֶבּעֶן דאָס ציִרוּנג אוׂיף אַזאַ זאַך. „סטײַטש — האָבּעֶן זיֵ געֶ׳טַעֲנֶה׳ט — אַזוׂי גיִך פעֶרגעֶסעֶן איִן גאָט אוּן איִן זײַנעֶ נִסִים!” האָבּעֶן דיִ מעֶנעֶר אַװעֶקגעֶגעֶבּעֶן זײֵעֶרעֶ אַײֵגעֶנעֶ נאָזבּעֶנדעֶר.

אוּן אַהרן האָט אַרײַנגעֶװאָרפעֶן דאָס גאָלד איִן פײַעֶר אוּן געֶזאָגט:

— רבּוׂנוׂ־של־עוׂלם! דוּ װײֵסט דאָך יעֶדעֶרעֶנס פעֶרבּאָרגעֶנעֶ געֶדאַנקעֶן, — זײַ מײַן עֵדוּת, אַז איִך טהוּ עֶס איִבּעֶר גװאַלד.

זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן דיִ חרטוּמים אוּן אַרײַנגעֶװאָרפעֶן איִן שמעֶלץ־טיִגעֶל אַ טאַפעֶל מיִט כּשׁוּף־שפּראַך, אוׂיף איִהם אוׂיסגעֶקריִצט: „אָקס — אַרוׂיף”, איִז בּאַלד אַרוׂיס דעֶר עֵגֶל אוּן אָנגעֶהוׂיבּעֶן צוּ מעֶקעֶן אוּן צוּ שפּריִנגעֶן היִן אוּן העֶר.

¹) „מיִשליִננען”, פרעמדע פעלקער, װאָס זעזען אַרוׂיס מיִט דיִ יוּדען צוּזאַמען פוּן מצרים.

דעֶרזעֶהן דאָס האָט אַהרן געֶנוּמעֶן בּוׂיעֶן אַ מִזְבֵּחַ. װיִלעֶן יוּדעֶן מיִטבּוׂיעֶן, ↰ 80 לאָזט עֶר ניִשט, ס׳איִז אַ אוּמ׳כָּבוׂד — זאָגט עֶר — אַז אַ ניִט־כּהֵן זאָל מיִטהעֶלפעֶן. געֶמײֵנט האָט עֶר דעֶרמיִט, עֶס זאָל מעֶהר דוׂיעֶרעֶן, װעֶט דעֶרװײַל משה אַראָפּקוּמעֶן. אַז משה איִז אָבּעֶר אַלץ ניִשט געֶקוּמעֶן, לעֵגט אהרן װיִדעֶר אָפּ: „מאָרגעֶן איִז גאָט׳ס יוׂם־טוׂב”.

זאָגט גאָט אוׂיפ׳ן היִמעֶל צוּ משה׳ן:

— ניִדעֶר, װאָס גיִכעֶר, דײַן פאָלק האָט געֶזיִנדיִגט.

עֶנטפעֶרט משה:

— נײֵן, רבּוׂנוׂ־של־עוׂלם, ניִט מײַן פאָלק זעֶנעֶן זײֵ, נאָר דײַן פאָלק אוּן דײַן אײֵגעֶנס, װאָס דוּ האָסט אַרוׂיסגעֶפיִהרט פוּן מצריִם.

זאָגט גאָט:

— אָבּעֶר געֶזיִנדיִגט האָבּעֶן זײֵ דאָך, — אַן עֵגֶל געֶמאַכט!

עֶנטפעֶרט משה װיִדעֶר:

— זאָל דעֶר עֵגל דיִר אַ העֶלפעֶר זײַן: דוּ שיִק װיִנטעֶן, עֶר — רעֶגעֶנס, דוּ לאָז ליִכטעֶן דיִ זוּן, עֶר — דיִ לְבָנָה, דוּ מאַך שפּראָצעֶן בּײֵמעֶר, עֶר — גראָזעֶן.

— משׁה — זאָגט גאָט — בּיִסט אוׂיך אײַנגעֶגלוׂיבּט איִן אַזאַ נאַריִשקײַט!

— אוׂיבּ אַזוׂי — עֶנטפעֶרט משׁה — אוׂיבּ דאָס איִז איִנגאַנצעֶן לוׂיטעֶר נאַריִשקײַט אוּן עֶס האָט ניִשט קײַן שוּם מַמָשוׂת — „װאָס־זשעֶ גריִמט אַזוׂי דיִן צאָרן אוׂיף דײַן פאָלק?”

זאָגט גאָט װײַטעֶר:

ניִדעֶר פוּן היִמעֶל, ניִדעֶר פוּן זײַן גרוׂיסקײַט! דײַן גאַנצעֶ גְדוּלָה איִז געֶװעֶן צוּליִעבּ׳ן פאָלק, װיִ בּאַלד ניִט זײֵ — בּיִסטוּ דאָך אוׂיך שוׂין איִבּעֶריִג.

בּאַלד איִז משה אָפּהעֶנדיִג געֶװאָרעֶן אוּן מעֶהר קײַן מוּטה ניִט געֶהאַט צוּ רעֵדעֶן.

װיִ עֶר האָט אָבּעֶר געֶהעֶרט גאָט׳ס װעֶרטעֶר: „לאָז מיִך — װעֶל איִך זײֵ פעֶרטיִליִגעֶן”, טראַכט עֶר בּײַ זיִך: „װיִ בּאַלד עֶס װעֶנט זיִך איִן מיִר — װעֶל איִך ניִט דעֶרלאָזעֶן”..

אוּן משה האָט אָנגעֶהוׂיבּעֶן מִתְפַּלֵל זײַן, בּעֶטעֶן רַחֲמִים פאַר זײַן פאָלק. איִן אַלעֶ װיִנקעֶליִך פוּנ׳ם היִמעֶל האָט עֶר זיִך געֶװאָרפעֶן אוּן אָנגעֶקלאַפּט איִן אַלעֶ טוׂיעֶרעֶן.

— װאָס שמעֶלסטוּ זיִך אַזוׂי אײַן פאַר זײֵ? — האָט איִהם גאָט געֶפּרוּבט ↰ 81 בּעֶרוּהיִגעֶן — זײֵ װעֶל איִך אוּמבּרײֵנגעֶן אוּן פוּן דיִר װעֶל איִך אוׂיפשטעֶלעֶן אַ גרוׂיס פאָלק.

— רִבּוׂנוׂ־שֶל־עוׂלָם — האָט משֶה אָפּגעֶװעֶנדט — אַ שטוּהל אוׂיף דרײַ פיִס ¹) קעֶן דײַן צאָרן ניִשט אוׂיסהאַלטעֶן, װיִ װעֶט שוׂין זײַן מיִט אַ שטוּהל אוׂיף אײֵן פוּס? אוּן װאָס װעֶלעֶן אוׂיף דעֶם מײַנעֶ עֶלטעֶרן זאָגעֶן: זעֶהט, אַ שעֵהנעֶר פאָלקס־פיִהרעֶר, זיִך אַלײֵן פעֶרזאָרגט מיִט גְדוּלָה, אוּן פאַר׳ן גאַנצעֶן פאָלק ניִשט געֶזאָרגט!

צוּם סוׂף האָט משֶה געֶ׳טַעֲנֶה׳ט:

— װאָס װעֶלעֶן אַלעֶ געֶצעֶנדיִנעֶר זאָגעֶן? אײֵן פַּרְעה׳ן האָסטוּ געֶקעֶנט בּײַקוּמעֶן, אָבּעֶר אַנטקעֶגעֶן אײֵן אוּן דרײַסיִג מְלָכִים ²) האָסטוּ ניִט דעֶם כּׂחַ בּײַצוּשטעֶהן, דעֶריִבּעֶר האָסטוּ דיִ יוּדעֶן אוּמגעֶבּראַכט.

עֶנטפעֶרט גאָט: „איִך גיִבּ נאָך, לוׂיט דײַן בַּקָשָׁה”. איִצט װעֶלעֶן דיִ אוּמוׂת־הָעוׂלָם זאָגעֶן: װאוׂיל דעֶם תַּלְמִיד, װאָס דעֶר רֶבִּי איִז איִהם מוׂדֶה.

װעֶן משה האָט דיִ שטײֵנעֶרנעֶ לוּחוׂת מיִט גאָט׳ס שריִפט בּעֶקוּמעֶן, האָבּעֶן זײֵ זיִך װיִ לעֶבּעֶדיִגעֶ אַלײֵן געֶטראָגעֶן אוּן לײַכט זעֶנעֶן זײֵ איִהם געֶװעֶן. װיִ עֶר איִז אַראָפּ פוּן בּאַרג אוּן דעֶרזעֶהן דעֶם עֵגֶל, זעֶנעֶן דיִ הײֵליִגעֶ אוׂתִיוׂת פוּנ׳ם שריִפט, װיִ אַ מַחֲנֶה איִבּעֶרגעֶשראָקעֶנעֶ פײֵגעֶליִך, צוּריִק צוּ׳ם היִמעֶל געֶפלוׂיגעֶן אוּן דיִ צװײֵ שװעֶרעֶ שטײֵנעֶר האָבּעֶן איִהם, װיִ גוּפיִם אָהן נְשָׁמוׂת, דיִ העֶנד געֶדריִקט, בּיִז עֶר האָט זײֵ מיִט צאָרן פוּן זיִך אַ שלײַדעֶר געֶטהוּן אוּן צוּבּראָכעֶן.

דעֶר מִשְׁכָּן.

דעֶר מִשְׁכָּן, װאָס יוּדעֶן האָבּעֶן איִן דעֶר מִדְבָּר געֶמאַכט, איִז פוּן בּרעֶטעֶר געֶבּוׂיעֶט געֶװאָרעֶן. װאוּ האָבּעֶן זײֵ דאָרט בּרעֶטעֶר געֶנוּמעֶן? נאָך דעֶמאָלט װעֶן יַעֲקב‎ אָבִינוּ איִז געֶקוּמעֶן קײַן מִצְרַיִם, האָט עֶר געֶזאָגט צוּ זײַנעֶ קיִנדעֶר: גאָט װעֶט אײַך אַמאָל אוׂיפריִכטעֶן אוּן אוׂיסלײֵזעֶן פוּן דאַנעֶן, אוּן עֶר װעֶט אײַך הײֵסעֶן בּוׂיעֶן אַ מִשְכָּן איִן מִדְבָּר, װאוּ ס׳איִז קײַן געֶהיִלץ ניִטאָ, — דאַרפט איִהר זעֶהן אַלץ צוּגרײֵטעֶן בּעֶצײַטעֶנס.

האָבּעֶן זײֵ בּאַלד אײַנגעֶפלאַנצט טעֶנעֶנבּײֵמעֶר איִן גוׂשֶׁן, אוּן אַז דיִ ↰ 82 יוּדעֶן זעֶנעֶן אַרוׂיס פוּן מִצְרַיִם, האָבּעֶן זײֵ דיִ טעֶנעֶנבּײֵמעֶר אוׂיסגעֶהאַקט אוּן מיִטגעֶנוּמעֶן, — פוּן זײֵ האָט מעֶן געֶזעֶגט דיִ בּרעֶטעֶר צוּם מִשְׁכָּן.

¹) דאָס פאָלק אָנגעֶשפּאַרט אוׂיפ׳ן זכוּת פוּן דיִ דרײַ אָבוׂת. ²) מיִן לאַנד כּנען.

װאוּ אַ „וַיְהִי” איִז אַ צָרָה. בּײַם עֶנדיִגעֶן דעֶם מִשְכָּן שטעֵהט אוׂיך: „וַיְהִי בְיוׂם כַּלוׂת משֶה לְהָקִים אֶת הַמִשְכָּן”, װאָס־זשעֶ איִז דאָרט געֶװעֶן פאַר אַ צָרָה?

זאָגעֶן דיִ חֲכָמִים דעֶרוׂיף אַ מָשָׁׁל:

אַ גרוׂיסעֶר שַׂר האָט געֶהאַט אַ בּײֵזעֶ פרוׂי. זאָגט עֶר איִהר: „שטריִק מיִר אוׂיס אַ פּוּרפּוּר־מאַנטעֶל”. דיִ גאַנצעֶ צײַט, װאָס זיִ איִז געֶװעֶן בּעֶשעֶפטיִגט מיִט דעֶר אַרבּײֵט, האָט זיִ געֶשװיִגעֶן, ניִט געֶקריִגט זיִך, ניִט געֶשאָלטעֶן. אַז זיִ איִז פאַרטיִג געֶװאָרעֶן מיִט דעֶר אַרבּײֵט, בּרעֵנגט זיִ איִהם דעֶם מאַנטעֶל — הוׂיבּט עֶר אָן צוּ קרעֶכצעֶן. זאָגט זיִ איִהם: איִך האָבּ געֶטהוּן דײַן װיִלעֶן אוּן אַזוׂי פיִעל מיִה געֶלעֵגט — איִצט קרעֶכצסטוּ, וַי וַי?! געֶפעֶלט דיִר דעֶן דיִ אַרבּײַט ניִט ? עֶנטפעֶרט עֶר: דעֶר מאַנטעֶל איִז אַוַדְאִי פײַן אוּן שעֵהן, דוּ בּיִסט אָבּעֶר איִצט שוׂין ניִט פעֶרנוּמעֶן — װעֶסטוּ װײַטעֶר זיִך נעֶהמעֶן קריִגעֶן װיִ אַמאָל.

דעֶר נִמְשָׁׁל איִז:

משה האָט מוׂרא געֶהאַט, כָּל־זְמַן דיִ יוּדעֶן זעֶנעֶן געֶװעֶן פעֶרנוּמעֶן מיִט׳ן מִשְכָּן איִז געֶװעֶן שטיִל, װיִ דיִ אַרבּײַט האָט זיִך געֶעֶנדיִגט, — װעֶלעֶן זײֵ װײַטעֶר אָנהוׂיבּעֶן קוּמעֶן מיִט טַעֲנוׂת, װיִ זײֵעֶר שטײֵגעֶר איִז געֶװעֶן איִן מדבּר.

זײֵ פלעֶגעֶן „נאָכקוּקעֶן נאָך משה׳ן” אוּן היִנטעֶן־אַרוּם איִהם בּעֶרעֶדעֶן. אײֵנעֶר זאָגט: „זעֵה נוּר אַ קאַרק, זעֵה נוּר אַ גיִדוּל! קײֵן װאוּנדעֶר: עֶר עֶסט פוּן אוּנזעֶרס, טריִנקט פוּן אוּנזעֶרס!” אוּן דעֶר צװײֵטעֶר האַלט איִהם אוּנטעֶר: „װאָס דעֶן? אַ מעֶנש האָט צוּ שאַפעֶן אוׂיף אַזאַ בִּנְיָן, אַזוׂי פיִעל שטיִקעֶר גאָלד אוּן זיִלבּעֶר אָהן מאָס אוּן װאָג, אָהן צאָהל אוּן שִעוּר — װיִלסטוּ עֶר זאָל דעֶרפוּן ניִט געֶניִסעֶן?”

דעֶריִבּעֶר האָט משה אָפּגעֶגעֶבּעֶן חֶשְבּוׂן װאוּהיִן אוּן װיִפיִעל גאָלד אוּן זיִלבּעֶר האָט עֶר פעֶרטהוּן אוׂיף יעֶדעֶר זאַך בּעֶזוּנדעֶר.

נאָר פוּן טוׂיזעֶנד זיִעבּעֶן הוּנדעֶרט פיִנף אוּן זיִבּעֶציִג טאָלעֶר זיִלבּעֶר האָט עֶר פעֶרגעֶסעֶן אוּן ניִט געֶװאוּסט, װאוּהיִן זײֵ זעֶנעֶן אַהיִנגעֶקוּמעֶן. הײֵבּט עֶר אוׂיף דיִ אוׂיגעֶן אוּן דעֶרזעֶהט — דיִ זיִלבּעֶרנעֶ האַקעֶן פוּן דיִ זײַלעֶן. ↰ 83 דעֶרמיִט האָט משה געֶעֶנדיִגט דעֶם גאַנצעֶן חֶשְבּוׂן אוּן אַלעֶ האָבּעֶן געֶמוּזט מוׂדָה זײַן, אַז אַלץ איִז ריִכטיִג בּיִז׳ן לעֶצטעֶן טאָלעֶר.

מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל ¹).

װאַנדעֶרעֶנדיִג איִן מִדְבָּר האָבּעֶן דיִ יוּדעֶן געֶהאַט אַ סִימָן, װעֶן צוּ געֶהן אוּן װעֶן צוּ בּלײַבּעֶן שטעֵהן. דעֶר װאָלקעֶן־זײַל האָט זײֵ דעֶם װעֶג געֶװיִזעֶן: װאוּ עֶר האָט זיִך אַראָפּגעֶלאָזעֶן — דאָרט האָבּעֶן זײֵ זיִך אָפּגעֶשטעֶלט, װיִ דעֶר װאָלקעֶן האָט זיִך אָנגעֶהוׂיבּעֶן װיִדעֶר צוּ ריִהרעֶן פלעֶגט משה זאָגעֶן:

גאָט שׁטעֵה־אוׂיף, אוּן דײַנעֶ געֶגנעֶר װעֶלעֶן זיִך צוּשפּרײֵטעֶן,
אוּן אַנטלוׂיפעֶן װעֶלעֶן דײַנעֶ פײַנד פאַר דיִר.

הוׂיבּט זיִך אוׂיף דעֶר װאָלקעֶן אוּן דיִ מַחְנֶה פּאַקט זיִך אײַן איִן װעֶג, װעֶר עֶס האָט אַן עֵזעֶל — לאָדט עֶר איִהם אָן, װעֶר עֶס האָט ניִט — טראָגט דעֶר װאָלקעֶן זײַן האָבּ אוּן גוּטס. װיִ זײֵ װעֶרעֶן פאַרטיִג, — בּלאָזט מעֶן איִן דיִ טראָמפּײֵטעֶן אוּן דעֶר שֵׁבֶט יְהוּדָה טרעֶט־אַרוׂיס דעֶר עֶרשטעֶר. דעֶר נָשִׂיא²) — פאָראוׂיס אוּן דעֶר גאַנצעֶר שֵבֶט נאָך איִהם.

יעֶדעֶר שבט האָט געֶהאַט זײַן פאָהן מיִט זײַן העֶרבּ. יעֶדעֶ פאָהן — מיִט איִהר פאַרבּ, לוׂיט׳ן קאָליִר פוּן זײַן טײַעֶרעֶן שטײֵן אוׂיפ׳ן חוֹשֶׁן וְאֵפוֹד:

רְאוּבֵן: דעֶר שטײֵן — רוּבּיִן, דיִ פאָהן — רוׂיט, דעֶר העֶרבּ — „פײַלכעֶליִך”; שִׁמְעוׂן: דעֶר שטײֵן — טאָפּאַז, דיִ פאָהן — גריִן, העֶרבּ — דיִ שטאָדט שְכֶם; לֵוִי: דעֶר שטײֵן — היִאַציִנט, פאָהן — גרוׂיליִך־רוׂיט, העֶרבּ — אוּרִים וְתּוּמִים; יְהוּדָה — סמאַראַגד, פאָהן — היִמעֶל־בּלוׂי, העֶרבּ — אַ לײֵבּ; יִשָשְׂכָר — סַפִּיר, פאָהן — טוּנקעֶל־בּלוׂי, העֶרבּ — זוּן אוּן לְבָנָה; זְבֻלוּן — דיִמעֶנט, פאָהן — װײַס, העֶרבּ — אַ שיִף; דָן — אָפּאַל, פאָהן — טיִעף־בּלוׂי, העֶרבּ — אַ שלאַנג; גָד — קאַרדיעֶריִט, פאָהן — גרוׂי, העֶרבּ — אַ מַחְנֶה; נַפְתָּלִי — אַמעֶטיִסט, פאָהן — העֶל־װײַן פיִאָלעֶט, העֶרבּ — אַ איִנד; אָשֵר — אַגהאַט, פאָהן — שׁװאַרץ, העֶרבּ — אײֵלבּיִרט; יוׂסֵף — אָניִקס, פאָהן — טוּנקעֶל־בּרוׂין בּעֶמאָלט איִן צװײֵ פעֶלדעֶן אײֵנס נעֶבּעֶן אַנאַנדעֶר פאַר בּײֵדעֶ שְׁבָטִים; אֶפְרַיִם׳ס העֶרבּ — אַן אָקס, מְנַשֶה׳ס — אַ בּוּפעֶל ; בִּנְיָמִין — יאַספיִס, פאַרבּ — רעֶגעֶן־בּוׂיגעֶן, העֶרבּ — אַ װאָלף.

¹) יוּדיִשעֶר לאַגעֶר. ²) פיִרסט, עֶלסטעֶר.

דעֶם גאַנצעֶן װעֶג געֶהט דעֶר אָרוׂן פאָראוׂיס, שפּריִצט מיִט פיִנקעֶן ↰ 84 פײַעֶר פוּן זײַנעֶ צװײֵ שטאַנגעֶן אַרוׂיס, פעֶרבּרעֶנט דיִ שלאַנגעֶן אוּן עֶקדיִשעֶן אוּן בּרעֶנגט־אוּם דיִ יוּדיִשעֶ שוׂנְאִים.

װיִ דעֶר װאָלקעֶן־זײֵל לאָזט זיִך אַראָפּ, נעֶהמעֶן בּאַלד דיִ לְוִיִים אוּן שטעֶלעֶן־אוׂיף דעֶם מִשְכָּן, אוּן דיִ שְבָטִים ריִנגלעֶן איִהם אַרוּם װיִ אַ גאָרטעֶל פוּן אַלעֶ פיִער זײַטעֶן, ציִ דרײַ איִן אַ זײַט, אוּן דיִ פּראַכט־װאָלקעֶנס רוּהעֶן אַרוּם זײֵ. משה שטעֶלט זיִך אוּן זאָגט: „רוּה, גאָט, מיִט דיִ מיִריִאַדעֶן טוׂיזעֶנדעֶר יוּדעֶן”. עֶרשט דעֶמאָלט לאָזט זיִך אוׂיפ׳ן מִשְכָּן אַראָפּ דעֶר שְכִינָה־װאָלקעֶן. מִרְיָם׳ס בּרוּנעֶן בּלײַבּט שטעֶהן בּײַ׳ם אַרײַנגאַנג פוּן הוׂיף אוּן דיִ צװעֶלף נְשִׂיאִים שטעֶלעֶן זיִך בּײַ איִהם אוּן זאָגעֶן שִׁירָה:

„בּרוּנעֶן־אוׂׂיף” — שאַלט צוּ איִהם!
העֶרעֶן האָבּעֶן איִהם געֶגראָבּעֶן,
אַדעֶל־לײַט פוּן פאָלק — געֶהוׂׂילט,
מיִט דיִ העֶרשעֶר־שׁטעֶק געֶקריִצט”.

שפּריִנגט דאָס װאַסעֶר פוּנ׳ם בּרוּנעֶן אוּן גיִסט איִן קװאַלעֶן אוׂיף אַלעֶ פיִער זײַטעֶן, צוּשפּריִצט איִן שטראָמעֶן היִן אוּן העֶר אוּן צוּשנײַדט דעֶם פּלאַץ טאַפעֶל־װײַז מיִט װאַסעֶר בּעֶגרעֶנעֶצט, שֵׁבֶט בּײַ שֵׁבֶט, פאַמיִליעֶ בּײַ פאַמיִליעֶ, אוּן אוׂיסעֶנװעֶניִג פלײֵצט אַ בּרײֵטעֶר טײַך אוּן ריִנגעֶלט־אַרוּם דיִ גאַנצעֶ מַחֲנֶה פוּן אַלעֶ זײַטעֶן. דיִ בּעֶװאַסעֶרטעֶ בּרעֶגעֶן האָבּעֶן זיִך בּעֶדעֶקט מיִט פעֶטעֶ, זיִסעֶ גראָזעֶן, אוּן דיִ פיִה האָבּעֶן זיִך נאָהעֶנט אַרוּם יוּדיִשעֶן לאַגעֶר געֶפוּטעֵרט. דיִ אַלעֶ טײַכליִך פלעֶגעֶן פוּנקלעֶן, בּײַטאָג אָפּגעֶשפּיִגעֶלט דעֶם בּלוׂיעֶן היִמעֶל אוּן בּעֶגאָלדעֶט פוּן זוּנ׳עֶן־שטראַהל, בּײַנאַכט בּעֶזיִלבּעֶרט פוּן לְבָנָה־שײַן. פוּן װײַטעֶן אוׂיף װיִפיִעל מײַלעֶן האָבּעֶן דיִ אוּמוׂת־הָעוׂלָם דאָס מיִט גרוׂיס אָפּשײַ געֶזעֶהן אוּן פעֶרגאַפטעֶ אײֵנס דאָס אַנדעֶרעֶ געֶפרעֶגט:

װעֶר איִז עֶס דיִ װאָס בּליִקט אַרוׂיס,
װיִ דיִ מאָרגעֶן־שײַן,
שעֵהן װיִ דיִ לְבָנָה, לוׂיטעֶר װיִ דיִ זוּן,

פאָרכטיִג, װיִ דיִ פלאַטעֶר־פאַהנעֶן ¹)?

¹) פאָהנעֶן פוּן מאַרשיִרעֶנדעֶ שאַרעֶן מיִליטעֶר.

משֶׁה׳ס בּיִלד.

דיִ גרוׂיסעֶ װאוּנדעֶר פוּן יציִאת־מִצְרַיִם אוּן שפּאַלטעֶן דעֶם יַם האָבּעֶן אוׂיפגעֶריִהרט דיִ גאַנצעֶ װעֶלט. דעֶר נאָמעֶן פוּן משֶׁה, דעֶם געֶטליִכעֶן מאַן, ↰ 85 איִז געֶװאָרעֶן בּעֶריִהמט צװיִשעֶן אַלעֶ פעֶלקעֶר איִן דיִ װיִטסטעֶ לעֶנדעֶר. האָט זיִך אײֵנעֶם פוּן דיִ אַראַבּיִשעֶ קעֶניִגעֶן פעֶרגליִסט צוּ האָבּעֶן בּײַ זיִך משֶׁה׳ס בּיִלד. רוּפט עֶר אײֵנעֶם פוּן זײַנעֶ בּעֶסטעֶ מאָלעֶר, אַ גרוׂיסעֶן קוּנסטלעֶר, אוּן זאָגט איִהם: געֵה איִן דעֶר יוּדיִשעֶר מחנה, איִן דעֶר מדבּר, מאָהל־אָפּ פּוּנקטליִך דעֶם פיִהרעֶר פוּן דיִ יוּדעֶן, משה׳ן, אוּן בּרײֵנג מיִר דאָס בּיִלד. װעֶן דעֶר קיִנסטלער איִז צוּריִקגעֶקוּמעֶן מיִט דעֶם בּיִלד, רוּפט דעֶר קעֶניִג צוּנוׂיף אַלעֶ זײַנעֶ קליִגסטעֶ אוּן געֶלעֶהרסטעֶ, גרוׂיסעֶ מְבִינִים איִן חָכְמַת־הַפַּרְצוּף¹), זײֵ זאָלעֶן בּעֶטראַכטעֶן דאָס בּיִלד פוּן דעֶם מאַן אוּן נאָך זײַן אוׂיסזעֶהן בּעֶשטיִמעֶן זײַן גײַסט אוּן אַרוׂיסגעֶפיִנעֶן איִן װאָס קעֶן שטעֶקעֶן זײַן געֶטליִכעֶ קראַפט. לאַנג בּעֶטראַכט דאָס בּיִלד, זאָגעֶן זײֵ דעֶם קעֶניִג אַזוׂי:

— דעֶר מאַן, פוּן װעֶלכעֶן דאָס בּיִלד איִז געֶמאָהלט, זעֶהט־אוׂיס צוּ זײַן זעֵהר אַ גרוׂיסעֶר בַּעַל־גַאֲוָה, אַ שרעֶקליִכעֶר אַכְזָר, געֶלד־גײַציִג, לָהוּט נאָך כָּבוׂד אוּן נאָך מאַכט, אוּן בִּכְלַל בּעֶזיִצט עֶר דיִ עֶרגסטעֶ מִדוׂת איִן דעֶר װעֶלט.

װעֶרט דעֶר קעֶניִג שטאַרק אוׂיפגעֶבּראַכט. סטײַטש — שרײַט עֶר אוׂיס — איִז דעֶן מעֶגליִך אַז אַזאַ מעֶנש זאָל בּעֶווײַזעֶן אַזעֶלכעֶ װאוּנדעֶר אוּן זײַן אַזוׂי בּעֶריִהמט? אײֵנס פוּן דיִ צװײֵ מוּז דאָ זײַן פאַלש, אָדעֶר דאָס בּיִלד אָדעֶר אײַעֶר מְבִינוׂת אוׂיף דעֶם. אוּן דעֶר קעֶניִג האָט בּעֶשלאָסעֶן זיִך אַװעֶקלאָזעֶן איִן דעֶר מדבּר, אַלײֵן מיִט אײֵגעֶנעֶ אוׂיגעֶן אָנקוּקעֶן משה׳ן אוּן דעֶרגעֶהן דעֶם אֱמֶת. געֶקוּמעֶן אַהיִן האָט עֶר בּאַלד זיִך איִבּעֶרצײַגט, אַז דאָס בּיִלד איִז טרײַ קאָפּיִרט פוּן משה׳ן, עֶס פעֶהלט ניִשט אַ האָר. איִהם איִז אָבּעֶר דאָך שװעֶר געֶװעֶן צוּ גלוׂיבּעֶן, אַז זײַנעֶ חֲכָמִים, דיִ גרוׂיסעֶ געֶלעֶהרטעֶ, איִן װעֶלכעֶ עֶר איִז אַזוׂי אײַנגעֶגלוׂיבּט, זאָלעֶן אַזאַ גראָבּעֶן טָעוׂת האָבּעֶן. קוּמט עֶר צוּ משה׳ן איִן צעֶלט אוּן דעֶרצעֵהלט איִהם איִנגאַנצעֶן דיִ מַעֲשֶׂה. אוׂיסגעֶהעֶרט דעֶם קעֶניִג׳ס װעֶרטעֶר בּיִז׳ן סוׂף, זאָגט איִהם משה אַזוׂי:

— געֶרעֶכט זעֶנעֶן דאָ בּײֵדעֶ צְדָדִים, איִ דעֶר מאַהלעֶר אי דיִ חכמים דײַנעֶ. דאַרפסט װיִסעֶן, אַז פוּן דעֶר נאַטוּר ליִגעֶן טאַקיִ איִן מיִר אָט דיִ אַלעֶ שלעֶכטעֶ מִדוׂת, װאָס דײַנעֶ חכמים האָבּעֶן איִן מײַן בּיִלד געֶפוּנעֶן. מײַן גאַנצעֶן לעֶבּעֶן אָבּעֶר האָבּ איִך געֶפיִהרט אַ שװעֶרעֶן איִנעֶרליִכעֶן קאַמפּף מיִט זיִך אַלײֵן, בּיִז גאָט האָט מיִר געֶהאָלפעֶן אוּן איִך האָבּ אָט דיִ אַלעֶ שלעֶכטעֶ מִדוׂת בּײַגעֶקוּמעֶן.

¹) דיִ קוּנסט צוּ דעֶרקעֶנעֶן אַ מעֶנשעֶן פוּן זײַן אוׂיסוּעֶהן.

קׂרַח.

גאָט האָט משה׳ן בּעֶפוׂילעֶן: „נעֶהם דיִ לְוִיִים אוּן רײֵניִג זײֵ אוּן דיִ ↰ 86 זאָלעֶן זיִך אָפּגאָלעֶן”; האָט משה אַזוׂי געֶטהוּן, אָגנעֶהוׂיבּעֶן פוּנ׳ם אָנגעֶזעֶהעֶנסטעֶן לֵוִי — קרח׳ן. װיִ קרח׳ס פרוׂי האָט דעֶרזעֶהן זײַן גלאַט געֶגאָלט געֶזיִכט אוּן גלאַנציִג קאָהלעֶן־קאָפּ, האָט זיִ אוׂיסגעֶשריִעֶן:

— װאָס דעֶר משה צוּטהוּט מיִט אײַך! עֶר איִז געֶװאָרעֶן מֶלֶך, דעֶם בּרוּדעֶר אַהרן — געֶקרוׂינט פאַר אַ כּׂהֵן־גָדוׂל, אַהרנ׳ס קיִנדעֶר — פאַר סְגַנִים ¹). בּרעֶנגט מעֶן תְּרוּמָה ²) — זאָגט עֶר — עֶס געֶהעֶרט דעֶם כּׂהֵן; מַעֲשֵׂר 2@ פאַר לְוִיִים — נעֶהמט עֶר דעֶרפוּן װיִעֶדעֶר אַראָפּ אַ צעֶהנט־חֵלֶק פאַר דיִ כּהֲנִים; איִז איִהם נאָך װעֵניִג — נעֶהמט עֶר אײַך דיִ לויִים אוּן שעֶרט, װיִ שאָף, אוּן גאָלט אײַך אָפּ בּאָרד אוּן קאָפּ־האָר אוּן מאַכט אײַך צוּ שאַנד אוּן צוּ שפּאָט! טאָמעֶר האָסטוּ שעֵהנעֶ האָר — פעֶרגיִנט עֶר עֶס דיִר ניִשט!

זאָגט קרח צוּ איִהר: משה אַלײֵן איִז אוׂיך אַ לוי אוּן אוׂיך זיִך האָט עֶר אָפּגעֶגאָלט. עֶנטפעֶרט זיִ: איִהם פּאַסט אַלץ, בּײַ זײַן גרוׂיסקײַט טראַכט עֶר זיִך: „זיִך דיִ האָר אוּן יעֶנעֶם דעֶם קאָפּ”.

האָט קרח געֶנוּמעֶן געֵהן פוּן געֶצעֶלט צוּ געֶצעֶלט — אוּן קײֵנעֶר האָט איִהם ניִט דעֶרקעֶנט. פרעֶגט מעֶן איִהם: װעֶר האָט עֶס דיִר אַזוׂי געֶטהוּן? עֶנטפעֶרט עֶר: משה! אוּן ניִט נוּר דאָס האָט מעֶן מיִר געֶטהוּן: נאָכ׳ן װאַשעֶן, שעֶרעֶן אוּן גאָלעֶן גיִט מעֶן מיִך אַ הוׂיבּ איִן דעֶר לוּפטעֶן אוׂיף אַלעֶ פיִער אוּן געֶװאָרפעֶן אוּן געֶװיִגט היִן אוּן העֶר — דעֶמאָלט עֶרשט האָט מעֶן מיִר געֶזאָגט: בּיִסט שוׂין טָהוּר ³). אוּן דעֶם בּרוּדעֶר זײַנעֶם האָט עֶר אוׂיסגעֶפּוּצט װיִ אַ חָתָן־בָּחוּר אוּן אַװעֶקגעֶזעֶצט בּײַם טיִר פוּן אוׂהֵל־מוׂעֵד ⁴), — דעֶר הײֵליִגסטעֶר פוּן אַלעֶ הײֵליִגעֶ — כּהן־גדוׂל, דיִ קיִנדעֶר — סגנים, אוּן דיִ גאַנצעֶ װעֶלט איִז זײֵעֶרס: תְּרוּמָה — פאַר זײֵ, מַתְּנוׂת כְּהוּנָה ⁵) — פאַר זײֵ, תְּרוּמַת מעשׂר 5@ — פאַר זײֵ...

¹) סְגַן כּהן, עֶלטסטעֶר איִבּעֶר כּהנים. ²) אָפּצאָהל „איִן נאַטוּר” מיִט תְּבוּאָה. ³) רײֵן געֶהײֵליִגט. ⁴) פעֶרזאַמלוּנגס נעֶצעֶלט. ⁵) פעֶרשיִעדעֶנעֶ „נאַטוּר-אָפּצאָהלעֶן”,

אוּן דעֶרבּײַ דעֶרצעֶהלט זײֵ דעֶר לֵץ אַזאַ מַעֲשֶׂה׳לעֶ:

— שטעֶלט אײַך פאָר, נעֶבּעֶן מיִר זיִצט אַן אָרעֶמעֶ שְכֵנָה, אַן אַלְמָנָה נעֶבּיִך מיִט צװײֵ יְתוׂמוׂת, אוּן האָט איִהר אײֵגעֶנס אַ שטיִקעֶל פעֶלד; װיִל זיִ אַקעֶרעֶן — קוּמט משה מיִט אַ בּעֶפעֶהל: „שפּאַן ניִט אײַן אַן אָקס מיִט אַן עֶזעֶל צוּזאַמעֶן”; נעֶהמט זיִ זיִך זײֵעֶן — איִז עֶר װיִדעֶר דאָ מיִט אַ פעֶרבּאָט: „דײַן פעֶלד זאָלסטוּ ניִט זײֵעֶן כִּלְאַיִם” (געֶמיִשט פעֶרשיִדעֶנעֶ תּבוּאוׂת). ↰ 87 קוּמט שניִט־צײַט — הײֵסט עֶר לאָזעֶן לֶקֶט ¹), שִׁכְחָה ²) אוּן פֵּאָה ³) פאַר אָרעֶמעֶ לײַט. פיִהרט זיִ אַרײַן דאָס בּיִסעֶל תְּבוּאָה איִן שײַעֶר — הוׂיבּט זיִך װיִדעֶר אָן אַ נײַעֶ צעֵטיִל שטײַעֶרעֶן ⁴): תְּרוּמָה, מַעֲשֵׂר רִאשׁוֹן, מַעֲשֵׂר שֵׁנִי... אַ בְּרֵירָה האָט זיִ געֶהאַט ? — גיִט זיִ איִהם. איִז זיִ זיִך מְיַשֵב, פעֶרקוׂיפט דאָס פעֶלד אוּן קוׂיפט בּעֶסעֶר פאַר׳ן געֶלד צװײֵ שעֶפעֶליִך: װיִ־ניִט־װיִ טראָגט עֶס אײַן אַבּיִסעֶלעֶ װאָל צוּ קלײֵדעֶן, אַ נײַגעֶבּאָרעֶן לעֶמעֶלעֶ. קוׂים דעֶרהאַרט דיִ צײַט פוּן שעֶרעֶן דיִ שאָף — בָּרוּך־הַבָּא, דעֶר כּהֵן איִז דאָ! דיִ עֶרשטעֶ רוּנעֶ ⁵) װאָל — זאָגט עֶר — געֶהעֶרט מיִר! אַזוׂי האָט גאָט בּעֶפוׂילעֶן! „רֵאשִית הַגַז ⁶) זאָלט איִהר געֶבּעֶן דעֶם כּהֵן, — נעֶהמט זיִ אַלץ נאָך אָן פאַר ליִעבּ אוּן גיִט אַװעֶק. איִן אַ מַזָל׳דיִגעֶר שָעָה, דיִ שעֶפעֶליִך האָבּעֶן געֶבּוׂירעֶן יוּנגעֶ לעֶמעֶליִך — דעֶר כּהן איִז װײַטעֶר דאָ אוּן פאָדעֶרט דיִ „עֶרשט־געֶבּוׂירעֶנעֶ”, — אַזוׂי האָט גאָט בּעֶפוׂילעֶן: „יעֶדעֶר בְּכוׂר זאָלסטוּ בּעֶשטיִמעֶן פאַר גאָט”; פּלאַצט איִהר שוׂין דיִ געֶדוּלד: איִך האָבּ שוׂין מעֶהר קײַן כּחַ ניִט דאָס אוׂיסצוּשטעֵהן, — בּעֶסעֶר שוׂין קוׂילעֶן זײֵ אוּן אוׂיפעֶסעֶן! װיִ זיִ האָט דיִ שאָף געֶשאָכטעֶן, בּעֶװײַזט זיִך דעֶר כּהן װיִדעֶר אוּן מאָהנט: דאָס פעֶדעֶרשטעֶ פיִסעֶל, דיִ בּאַקעֶן אוּן דעֶם מאָגעֶן („הזרוׂע והלחײם והקבה”). שרײַט זיִ אוׂיס: געֶשאָכטעֶנעֶר־הײֵד לאָזט מעֶן מיִר אוׂיך ניִט פרײַ צוּ געֶניִסעֶן, — זאָל־זשעֶ דאָס גאַנצעֶ פלײֵש זײַן געֶהײֵליִגט — חֵרֶם! — אוׂיבּ אַזוׂי — זאָגט עֶר — איִז עֶס איִן גאַנצעֶן מײַנס! אַ בְּפֵירוּש׳עֶר ⁷) פָּסוּק: „יעֶדעֶר חֵרֶם צוּ גאָט געֶהעֶרט דעֶם כּהן”. האָט עֶר אַלץ פעֶרנוּמעֶן אוּן דיִ װיִסטעֶ אַלְמָנָה מיִט איִהרעֶ צװײֵ עֶלעֶנדעֶ יְתוׂמִים זעֶנעֶן געֵבּליִבּעֶן זיִצעֶן אוּן װײֵנעֶן...

אָט אַזוׂי טהוּעֶן דיִ הײֵליִגעֶ כּהנים אוּן העֵנגעֶן אַלץ אָן איִן גאָט בָּרוּך־הוּא!


¹) זאַנגעֶן, אַראָפּגעֶפאַלעֶן איִן אַ זײַט פוּן אוּנטעֶר׳ן שנײַד־מעֶסעֶר. ²) אַ גאַרבּ, פעֶרגעסעֶן איִן פעֶלד, טאָר מעֶן זיִך ניִט אוּמקעֶהרעֵן צוּריִקנעֶהמעֶן. ³) איִן עֶק פעֶלד לאָזט מעֶן אַ שטיִק ניִט אָפּגעֶשניִטען — אַלץ פאַר אָרעֶמעֶ לײַט. ⁴) אָפּצאָהלעֶן. ⁵) געֶשעֶר װאָל פוּן אײֵן שאָף. ⁶) דאָס עֶרשטעֶ געֶשעֶר. ⁷) אוׂיסדריִקליִכעֶר.

זעֶנעֶן צוּ קרח׳ן צוּגעֶשטאַנעֶן צװײֵ הוּנדעֶרט מאַן לויִים אוּן געֶקוּמעֶן זיִך אוׂיס׳טענה׳ן מיִט משה׳ן. זאָגט עֶר זײֵ:

— דיִ אוּמוׂת־הָעוׂלָם האָבּעֶן פיִעל געֶטעֶר, — דאַרפעֶן זײֵ צוּ יעֶדעֶרעֶן אַן אַנדעֶר גַלָח, מיִר אָבּעֶר האָבּעֶן נוּר אײֵן גאָט מיִט אײֵן תּוׂרָה, אײֵן געֶזעֶץ, ↰ 88 מיִט אײֵן מִזְבֵּחַ — אוּן אײֵן כּהֵן־גָדוׂל, אוּן איִהר זעֶנט צװײֵ הוּנדעֶרט מאַן אוּן וויִלט אַלעֶ ניִט אַנדעֶרש װיִ װעֶרעֶן „אוׂיבּעֶר־פּריִסטעֶר”!...

אוׂן בֶּן פֶּלֶת פוּן שֵׁבֶט ראוּבן איִז אוׂיך געֶװעֶן איִן קרַח׳ם בּאַנדעֶ — האָט איִהם דיִ פרוׂי זײַנעֶ אָפּגעֶהאַלטעֶן:

— װאָס װעֶט דיִר אַרוׂיסקוּמעֶן? ציִ דעֶר, ציִ יעֶנעֶר װעֶט זײַן דעֶר האַר, דוּ װעֶסט אַלץ בּלײַבּעֶן צוּם נאַר.

עֶנטפעֶרט עֶר:

— איִך בּיִן אָבּעֶר מיִט זײֵ איִן אײֵן עֵצָה געֶװעֶן אוּן געֶשװאוׂירעֶן בּלײַבּעֶן טרײַ צוּ זײֵעֶר בּוּנד?

עֶנטפעֶרט זיִ: — איִך װעֶל דיִך שוׂין בּעֶפרײַעֶן.

טריִנקט זיִ איִהם אָן מיִט װײַן אוּן לעֵגט איִהם שלאָפעֶן, אוּן אַלײֵן זעֶצט זיִ זיִך בּײַם אַרײַנגאַנג פוּן געֶצעֶלט מיִט צוּפלאָסעֶנעֶ האָר, װעֶר עֶס איִז אַהיִנגעֶקוּמעֶן אוּן געֶזעֶהן זיִ מיִט אַ אָפּגעֶדעֶקטעֶן קאָפּ, האָט שוׂין זיִך ניִט געֶקעֶנט דעֶרװעֶגעֶן אַרײַנצוּגעֵהן, — דעֶרװײַל האָט קרַח בּעֶקוּמעֶן זײַן שטראָף...

מֵי מְרִיבָה ¹).

נאָך מִרְיָם׳ס טוׂיט איִז דעֶר בּרוּנעֶן, װאָס האָט איִן איִהר זְכוּת יוּדעֶן איִן דעֶר מִדְבָּר בעֶלײֵט אוּן זײֵ מיִט זײַנעֶ זיִסעֶ װאַסעֶר געֶקװיִקט, — פעֶרשװאוּנדעֶן געֶװאָרעֶן. האָבּעֶן זיִך דיִ דאָרשטיִגעֶ יוּדעֶן אַלעֶ מיִט אַ מאָל אַ לאָז געֶטהוּן צוּ משֶה מיִט אַהֲרנ׳עֶן װאַסעֶר פאָדעֶרעֶן. דיִ צװײֵ בּריִדעֶר זעֶנעֶן דעֶמאָלט געֶװעֶן פעֶרנוּמעֶן מיִט דעֶר געֶשטאָרבּעֶנעֶר שװעֶסטעֶר. דעֶרזעֶהעֶן זײֵ דיִ מַחֲנָה יוּדעֶן. זאָגט משה צוּ אַהרן: אֶפְשַר װײֵסטוּ װאָס בּעֶטײַט דאָס פעֶרזאַמלוּנג? עֶנטפעֶרט אַהרן: זעֶנעֶן זײֵ דעֶן ניִשט אַבְרָהָם יִצְחָק וְיַעֲקב‎׳ס קיִנדעֶר, געֶװיִס קוּמעֶן זײֵ אָפּגעֶבּעֶן דעֶם מֵת אוּנזעֶרעֶן דעֶם לעֶצטעֶן חֶסֶד.

— נײֵן, בּרוּדעֶר — זאָגט משה — בּיִזט קײַן מֵבִין ניִשט, אַ פעֶרזאַמלוּנג צוּ אַ פעֶרזאַמלוּנג איִז ניִשט גלײַך, זאָל דאָס אַ אָרעֶנטליִכעֶ פעֶרזאַמלוּנג זײַן, װאָלטעֶן דיִ שָׂרים זײֵעֶרעֶ פאָראוׂיס געֶגאַנגעֶן. ניִט גוׂמֵל־חסד זײַן קוּמעֶן זײֵ.

¹) קריִעג-װאַסעֶר.

אוּן בּאַלד האָבּעֶן זיִך טאַקעֶ געֶלאָזט טראָגעֶן פוּן דעֶר מחנה װיִלדעֶ געֶשרײֵעֵן, זיִדלעֶרײַעֶן; פֶּנִימ׳עֶר האָבּעֶן געֶפלאַמט פוּן כַּעַס, העֶנד האָבּעֶן זיִך ↰ 89 געֶהוׂיבּעֶן איִן דעֶר לוּפטעֶן. משֶׁה מיִט אַהֲרׂן זעֶנעֶן דעֶרשראָקעֶנעֶ אַרײַן ציִ זיִך איִן צעֶלט. עֶרשײַנט בּאַלד דיִ שכינה אוּן גאָטס שטוּמעֶ רוּפט: משה ואהרן, פאָלקס־דיִענעֶר, אַרוׂיס פוּן אײַעֶר צעֶלט! מײַנעֶ קיִנדעֶר געֶהעֶן דאָרט אוׂיס פאַר דאָרשט אוּן איִהר זיִצט זיִך דאָ אוּן טרוׂיעֶרט אוׂיף דעֶר אַלטעֶטשקעֶר! אוּן משה האָט דוּרך גאָט׳ס בּעֶפעֶהל צוּגעֶפיִהרט דיִ יוּדעֶן צוּ אַ פעֶלז, פוּן װעֶלכעֶן עֶר זאָל מיִט זײַן שטעֶקעֶן פאַר זײֵ װאַסעֶר אַרוׂיסבּעֶקוּמעֶן. שטעֶלעֶן זיִך יוּדעֶן אָן אַרוּם דעֶם שטײֵן אוּן בּאַלד געֶפוּנעֶן זיִך לֵצִים, װאָס נעֶהמעֶן רעֶדעֶן אוׂיף משה׳ן פאַר׳ן עוׂלָם:

— װאָס, איִהר פעֶרשטעֶהט דעֶן ניִשט דעֶם גאַנצעֶן אָנשטעֶל? עֶר אַלײֵן, בֶּן־עַמְרָם, איִז געֶװעֶן בּײַ זײַן שװעֶר יִתְרוׂ אַ פּאַסטוּך, אוּן פּאַסטוּכעֶר, דאַרפט איִהר װיִסעֶן, זעֶנעֶן געֶניִטעֶ איִן אוׂיפזוּכעֶן װאַסעֶר, װיִל עֶר אוּנז פעֶרפיִהרעֶן צוּ עֶרגיִץ אַ בּעֶהאַלטעֶנעֶם קװאַל, אוּן אוׂיסקוּמעֶן װעֶט עֶס, אַז עֶר האָט כְּלוׂמֶר׳שט געֶמאַכט װאַסעֶר זאָל זיִך בּעֶװײַזעֶן. איִז עֶר יאָ אַזאַ בֶּרְיָה, לאָז עֶר פוּן אָט דעֶם שטײֵן גיִבּעֶן אוּנז װאַסעֶר.

משה קוּקט זיִך אוּם, מײֵנט יוּדעֶן זעֶנעֶן אוּנטעֶר איִהם, זעֵהט עֶר װיִ זײֵ שטעֶהעֶן שוׂין רעֶדליִך־װײַז אוׂיף דיִ פעֶלזעֶן אוּן ס׳האַלט איִן אײֵן טַעְנֶה׳ן. רוּפט עֶר זײֵ צוּם פעֶלז, עֶר װעֶט זײֵ פוּן איִהם װאַסעֶר גיִבּעֶן. זאָגעֶן זײֵ: נײֵן, נוּר פוּן דעֶם פעֶלז װאָס מיִר װיִלעֶן, ניִט פוּן קײַן אַנדעֶרעֶן.

שטאַרק אוׂיפגעֶבּראַכט הײֵבּט משה דעֶם שטעֶקעֶן אוּן גיִט אַ קלאַפּּ דעֶם פעֶלז, בּײַ װעֶלכעֶן עֶר שטעֶהט. האָט דאָס װאַסעֶר אָנגעֶהוׂיבּעֶן געֶהן טראָפּעֶנװײַז. מאַכעֶן יוּדעֶן לֵיצָנוּת: בֶּן־עַמְרָם, װאָס מײֵנסטוּ, זוׂיג־קיִנדעֶר זעֶנעֶן מיִר, ציִ עֶרשט אַנטװעֶהנטעֶ?

װעֶרט משה נאָך מעֶהר אוׂיפגעֶבּראַכט, גיִט מיִט׳ן שטעֶקעֶן אַ קלאַפּּ דאָס צװײֵטעֶ מאָל — אוּן בּאַלד האָט זיִך אַ גאָס געֶטהוּן שטראָטעֶן װאַסעֶרעֶן, װאָס האָבּעֶן דאָס גאַנצעֶ פּלאַץ פעֶרפלײֵצט.

אַהֲרׂן׳ס טוׂיט.

אַז ס׳איִז געֶקוּמעֶן אַהֲרן׳ס צײַט צוּ שטאַרבּעֶן, האָט גאָט געֶזאָגט צוּ משׁה׳ן: „געֶה זאָג איִהם אָן”. איִז משה אַװעֶק גאַנץ פריִה אוּן איִהם אוׂיפגעֶװעֶקט. פרעֶגט אַהרן: װאָס טהוּסטוּ דאָ אַזוׂי פריִה?

— איִך האָבּ דיִר צוּ פרעֶגעֶן עֶפּיִס אַ שַאֲלָה איִן דעֶר תּוׂרָה. אַ גאַנצעֶ נאַכט האָט עֶס מיִר ניִשט רוּהעֶן געֶלאָזט.

— װאָס פאַר אַ שַאֲלָה?

↤ 90

— איִך האָבּ גראָד פעֶרגעֶסעֶן, נאָר דאָס װײֵס איִך, אַז ס׳איִז איִן סֵפֶר בּרֵאשִית.

האָבּעֶן זײֵ געֶנוּמעֶן לעֶרנעֶן פוּן אָנהוׂיבּ אָן. בּײַ יעֶדעֶר פַּרְשָׁה האָט אַהרן געֶזאָגט: װאוׂיל האָט גאָט געֶטהוּן, רעֶכט האָט גאָט געֶטהוּן. אַז זײֵ זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן צוּ דעֶר פַּרְשָה פוּן חַוָה׳ן מיִט׳ן עֵץ־הַדַעַת, פרעֶגט משה:

— אוּן װאָס זאָגסטוּ, אַהרן, װעֶגעֶן דעֶם טוׂיט?... איִך װאָס האָבּ בּײַגעֶקוּמעֶן דיִ מַלְאָכִים, דוּ װאָס האָסט דעֶם מַלְאָך־הַמָוֶת אָפּגעֶשטעֶלט — אוּן אַזאַ סוׂף! װאָרוּם װיִפיִעל האָבּעֶן מיִר נאָך צוּ׳ם לעֶבּעֶן?

— גאָר אַ קלײֵניִגקײַט.

אוּן אַהרן האָט משה׳ס מײֵן דעֶרבּײַ פעֶרשטאַנעֶן אוּן אַלעֶ זײַנעֶ אֵבְרִים האָבּעֶן דעֶרפיִהלט דעֶם טוׂיט, אוּן בּאַלד האָבּעֶן דיִ יוּדעֶן דעֶרזעֶהן, אַז אַהרן׳ס װאוּקס איִז װיִ קלעֶנעֶר געֶװאָרעֶן.

פרעֶגט משה: בּיִסט גרײֵט צוּ שטאַרבּעֶן?

— יאָ! — עֶנטפעֶרט אַהרן.

זעֶנעֶן זײֵ אַרוׂיף אוׂיפ׳ן בּאַרג הר־הָהָר איִן דרײַעֶן: משה, אַהרן אוּן אֶלְעָזָר.

װיִ זײֵ זעֶנעֶן אַרוׂיף, האָט זיִך פאַר זײֵ געֶעֶפעֶנט אַ הײֵהל, אוּן זײֵ האָבּעֶן איִנװעֶניִג דעֶרזעֶהן אַ בּעֶטיִל שטעֵהט געֶבּעֶט אוּן אַ ליִכט בּרעֶנט צוּקאָפּעֶנס.

אײַנגעֶהיִלט איִן נעֶבּעֶל האָט אַהרן געֶנוּמעֶן אָפּציִהעֶן פוּן זיִך אַ קלײֵד נאָך אַ קלײֵד אוּן אֶלְעָזָר זײַן זוּהן האָט זײֵ אוׂיף זיִך אָנגעֶצוׂיגעֶן.

— בּרוּדעֶר אַהרן — האָט משה געֶזאָגט — זעֶה, װעֶן אוּנזעֶר שװעֶסטעֶר מִרְיָם איִז פוּן דעֶר װעֶלט געֶגאַנגעֶן, האָבּעֶן מיִר בּײֵדעֶ מיִט איִהר קְבוּרָה זיִך אָפּגעֶגיִבּעֶן. איִצט בּײַ דײַן פְּטִירָה ¹) שטעֶה איִך מיִט אלעזר דײַן זוּהן. מיִט מיִר אָבּעֶר װעֶר װעֶט זיִך אָפּגעֶבּעֶן? װעֶר װעֶט דיִ האַנד אוׂיף מײַנעֶ אוׂיגעֶן לעֶגעֶן?

װעֶן אַהרן איִז שוׂין גרײֵט געֶװעֶן, זאָגט איִהם משה:

— אַהרן, בּרוּדעֶר מײַנעֶר, לעֵג זיִך אוׂיפ׳ן בּעֶט! — לעֵגט עֶר זיִך.

— ציִה אוׂיס דיִ העֶנד! — ציִהט עֶר אוׂיס.

— פעֶרמאַך דאָס מוׂיל! — פעֶרמאַכט עֶר.

— שליִס צוּ דיִ אוׂיגעֶן! — שליִסט עֶר ציִ.

¹) שטאַרבּעֶן.

↤ 91

בּאַלד איִז אַראָפּ דיִ שְכִינָה אוּן איִהם אַ קוּש געֶטהוּן — איִז זײַן נְשָמָה אַרוׂיס.

האָבּעֶן משה מיִט אלעזר׳ן איִהם אָנגעֶהוׂיבּעֶן צוּ קוּשעֶן, בּיִז ס׳איִז אַראָפּ אַ װאָלקעֶן אוּן איִהם פעֶרדעֶקט, אוּן אַ בַּת־קוׂל האָט אוׂיסגעֶרוּפעֶן: געֶהט אַרוׂיס.

װיִ זײֵ זעֶנעֶן אַרוׂיס — האָט זיִך דיִ היִהל אַלײֵן פעֶרמאַכט.

אוּן דאָס גאַנצעֶ פאָלק איִז געֶשטאַנעֶן אוּנטעֶר׳ן בּאַרג אוּן מיִט שרעֶק אַרוׂיסגעֶקוּקט װעֶן װעֶלעֶן זײֵ שוׂין אַראָפּ. אַז זײֵ האָבּעֶן דעֶרזעֶהן, װיִ משה געֵהט אַראָפּ מיִט אֶלְעָזָר׳ן אוּן אַהרן איִז ניִטאָ, האָט זיִך אָנגעֶהוׂיבּעֶן צװיִשעֶן זײֵ אַ געֶרוּדעֶר. זײֵ האָבּעֶן געֶזאָגט: משה האָט איִהם געֶ׳הַרְג׳עֶט פוּן קִנְאָה, פאַרװאָס אַלעֶ האָבּעֶן איִהם בּעֵסעֶר ליִעבּ. אַנדעֶרעֶ װיִדעֶר האָבּעֶן געֶזאָגט: אלעזר האָט איִהם געֶ׳הרג׳עֶט, װײַל עֶר האָט געֶװאָלט גיִכעֶר אָפּ׳יַרְשֶנ׳עֶן דיִ כְּהוּנָה.

װאָס האָט גאָט געֶטהוּן? עֶר האָט אַ װאוּנק געֶטהוּן צוּ דיִ מַלְאָכִים, האָבּעֶן זײֵ געֶעֶפעֶנט דיִ הײֵל אוּן געֶלאָזט פליִהעֶן אַהרן׳ס אָרוׂן איִן דעֶר לוּפטעֶן, האָבּעֶן אַלעֶ דעֶרזעֶהן, אַז אַהרן איִז געֶשטאָרבּעֶן.

צײַט אַהרן האָט געֶלעֶבּט, האָט עֶר קײֵנעֶם ניִט אוׂיסגעֶרעֶדט, ניִט אוׂיפגעֶװאָרפעֶן: „דוּ האָסט שלעֶכט געֶהאַנדעֶלט, דוּ האָסט געֶזיִנדיִגט”. װעֶמעֶן עֶר האָט בּעֶגעֶגעֶנט — האָט עֶר צוּעֶרשט געֶגריִסט, מעֶג זײַן דעֶר שלעֶכסטעֶר אוּן זיִנדיִגסטעֶר — האָט אַהרן איִהם „שָלוׂם” אָפּגעֶגעֶבּעֶן. אַװעֶקגעֵהעֶנריִג, פלעֶגט זיִך יעֶנעֶר בּעֶטראַכטעֶן: „טאָמעֶר בּעֶגעֶגעֶן איִך אַהרנ׳עֶן נאָך אַמאָל, װיִ װעֶל איִך איִהם קעֶנעֶן קוּקעֶן איִן דיִ אוׂיגעֶן, איִך בּיִן אַזאַ שלעֶכטעֶר מעֶנש, אוּן עֶר בּעֶגריִסט מיִך אַזוׂי פרײַנדליִך — דאָס פלעֶגט אוׂיף דעֶם בּײֵזעֶן מאַן גוּט װיִרקעֶן, עֶר זאָל זיִך אוׂיסבּעֶסעֶרעֶן אוּן מעֶהר קײַן שלעֶכטס ניִט טהוּן.

זעֶנעֶן צװײֵ געֶװעֶן צוּקריִגט, פלעֶגט אַהרן קוּמעֶן צוּ אײֵנעֶם אוּן זאָגעֶן: יעֶנעֵר ריִסט אוׂיף זיִך דיִ האָהר אוּן בּעֶדוׂיעֶרט שטאַרק, װאָס עֶר האָט דיִך בעלײֵדיִגט; דעֶם צװײֵטעֶן װיִדעֶר זאָגט עֶר אוׂיך, אַז יעֶנעֶר נעֶהמט זיִך שטאַרק צוּם האַרצעֶן אוּן האָט שטאַרק חֲרָטָה אוׂיף דעֶם מַחְלוׂקֶת, — בּיִז עֶר רײַסט אַרוׂיס דיִ שִׂנְאָה פוּן בּײֵדעֶנס העֶרצעֶר אוּן זײֵ װעֶרעֶן שָׁלוׂם.

איִן טהאָל אַרְנוׂן.

דעֶר טהאָל פוּן אַרנוׂן איִז געֵלעֶגעֶן צװיִשעֶן צװײֵ הוׂיכעֶ בּעֶרג. אוּן דעֶר טהאָל איִז געֶװעֶן אַזוׂי שמאָל, אַז װעֶן אײֵנעֶר איִז געֶשטאַנעֶן אוׂיפ׳ן בּאַרג איִן אײֵן זײַט, האָט עֶר געֶקעֶנט רעֶדעֶן מיִט׳ן אַנדעֶרעֶן, װאָס שטעֶהט ↰ 92 אוׂיפ׳ן בּאַרג אַנטקעֶגעֶן. אוּן דעֶר װעֶג צװיִשעֶן זײֵ איִבּעֶר׳ן טהאָל, בּאַרג אַראָפּ אוּן בּאַרג אַרוׂיף, איִז געֶװעֶן זיִעבּעֶן מײַל.

דיִ װעֶנד פוּן בּאַרג זעֶנעֶן פוּן אײֵן זײַט געֶװעֶן דוּרכגעֶלעֶכעֶרט מיִט הײֵהלעֶן, אײֵנעֶ איִבּעֶר דיִ אַנדעֶרעֶ, אוּן פוּן אַנטקעֶגעֶנדיִגעֶן בּאַרג האָבּעֶן אַרוׂיסגעֶשטרעֶקט שטיִקעֶר פעֶלזעֶן, װיִ בּריִסט, פעֶלז געֶגעֶן הײֵל אוּן הײֵל געֶגעֶן פעֶלז.

האָבּעֶן זיִך צוּנוׂיפגעֶקליִבּעֶן חֲיָלוׂת אָהן אַ שיִעוּר פוּן אַלעֶ פעֶלקעֶר אוּן זיִך פוּנאַנדעֶרגעֶזעֶצט: אַ טײֵל אוׂיף דיִ פעֶלזעֶן, אַ טײֵל איִן דיִ הײֵהלעֶן, אוּן געֶװאָרט, בּיִז דיִ יוּדעֶן װעֶלעֶן אַרײַנגעֶהן איִן טהאָל, — װעֶלעֶן זײֵ אַלעֶמעֶן אוׂיס׳הַרְג׳נעֶן.

האָט גאָט געֶטהוּן אַ נס אוּן צוּנוׂיפגעֶצוׂיגעֶן פוּן אוׂיבּעֶן בּײֵדעֶ זײַטעֶן בּעֶרג, אַז דיִ אוׂיסגעֶבּוׂיכטעֶ ¹) פעֶלזעֶן זעֶנעֶן אַרײַן איִן דיִ אוׂיסגעֶהוׂילטעֶ לעֶכעֶר אוּן דעֶרשטיִקט אוּן צוּקװעֶטש סײַ דיִ סײַ יעֶנעֶ חילות. אוּן דיִ יוּדעֶן זעֶנעֶן דוּרכגעֶגאַנגעֶן דעֶם טהאָל װיִ אוּנטעֶר אַ געֶװעֶלבּ, ניִשט צוּ װיִסעֶן װאָס פאַר אַ נִסִים זײֵ איִז געֶשעֶהן. עֶרשט דעֶרנאָך האָבּעֶן זײֵ דעֶרזעֶהן װיִ דעֶר טײַך אַרְנוׂן, װאָס פליִעסט דעֶרבּײַ טראָגט צוּריִבּעֶנעֶ קעֶפּ מיִט העֶנד אוּן מיִט פיִס, אוּן זײַנעֶ װאַסעֶרעֶן זעֶנעֶן רוׂיט פוּן בּלוּט. דאָס האָט עֶר אוׂיסגעֶשװעֶנקט דעֶם שׂוׂנֵא פוּן אַלעֶ לעֶכעֶר אוׂיף דעֶר ליִכטיִגעֶר שײַן, יוּדעֶן זאָלעֶן זעֶהן דיִ יְשׁוּעָה פוּן גאָט.

עוׂג מֶלֶךְ הַבָּשָׁן.

אַז דיִ יוּדעֶן זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן צוּם גרעֶניִץ פוּן אֶדְרֶעִי, האָט משה געֶזאָגט:

— לאָמיִר דאָ נעֶכטיִגעֶן, אוּן מאָרגעֶן, אַז דיִ זוּן װעֶט זיִך װײַזעֶן, װעֶלעֶן מיִר געֶהן אײַננעֶהמעֶן דאָס לאַנד.

אוׂיף מאָרגעֶן פריִה נעֶהמט עוׂג מֶלֶך הַבָּשָׁן אוּן זעֶצט זיִך אוׂיפ׳ן טוׂיעֶר איִן דעֶר הוׂיך. האָט עֶר מיִט זײַן הוׂיכעֶן װאוּקס פעֶרשטעֶלט דיִ זוּן.

אַז משֶׁה האָט עֶס דעֶרזעֶהן פוּן װײַטעֶן, האָט עֶר זיִך שטאַרק דעֶרשראָקעֶן. עֶר האָט געֶמײֵנט, אַז מעֶן האָט איִבּעֶרנאַכט אוׂיסגעֶבּוׂיט אַזאַ הוׂיכעֶן טוׂיעֶר. — זאָגט איִהם גאָט: האָבּ קײַן מוׂרָא ניִט, דאָס איִז עוׂג אוּן דוּ װעֶסט איִהם בּײַקוּמעֶן.

¹) אוׂיסגעֶשטרעֶקט, בּוׂלט.

↤ 93

אוּן עוׂג האָט געֶקוּקט דעֶם יוּדיִשעֶן לאַגעֶר, אוּן געֶזעֶהן, אַז עֶר פעֶרנעֶהמט דרײַ מײַל, געֵהט עֶר אוּן רוּפט־אוׂיס אַ בּאַרג פוּן דרײַ מײַל אוּן לעֵגט איִהם אַרוׂיף אוׂיפ׳ן קאָפּ, אוּן װיִל איִהם צוּ־טראָגעֶן צוּ מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל אוּן אוׂיף זײֵ אַרוׂיפװאָרפעֶן אוּן דעֶרשלאָגעֶן אַלעֶמעֶן מיִט אײֵנמאָל.

זעֶנעֶן אַנטלאָפעֶן מיִלבּעֶן, דוּרכגעֶלעֶכעֶרט דעֶם בּאַרג, װיִ אַ מיִץ ¹), — האָט עֶר זיִך אַראָפּגעֶלאָזט בּיִז צוּ עוׂג׳ס האַלז־אוּן־נאַקעֶן. האָט עוׂג איִהם געֶװאָלט אַראָפּציִהעֶן, זעֶנעֶן בּײַ איִהם פוּן פאָרעֶנט אוׂיסגעֶװאַקסעֶן צװײֵ גרוׂיסעֶ קרוּמעֶ צעֶהן אוּן דוּרכגעֶשטאָכעֶן דעֶם בּאַרג, װיִ מיִט צװײֵ האַקעֶן פוּן בּײֵדעֶ זײַטעֶן, אַז עֶר האָט איִהם ניִט געֶקעֶנט אַראָפּגעֶהמעֶן.

האָט משֶׁה געֶנוּמעֶן אַ האַק מיִט אַ לאַנגעֶן שטיִל פוּן צעֶהן אײֵלעֶן, אוּן אַלײֵן איִז עֶר געֶװעֶן הוׂיך צעֶהן אײֵלעֶן אוּן האָט נאָך אַ שפּרוּנג געֶטהוּן אוׂיף צעֶהן אײֵלעֶן, — אוּן דעֶרגרײֵכט בּיִז עוׂג׳ס קניִה אוּן איִהם מיִט אײֵן קלאַפּּ אוּמגעֶװאָרפעֶן אוּן דעֶר׳הַרְג׳עֶט.

אַבּא־שׁאוּל האָט דעֶרצעֵהלט:

אַ קְבָרוׂת־מאַן בּיִן איִך געֶװעֶן, אײֵנמאָל בּיִן איִך נאָכגעֶלאָפעֶן נאָך אַ היִרש, איִז עֶר אַרײַנגעֶלאָפעֶן איִן אַ טוּנעֶל, בּיִן איִך נאָכגעֶלאָפעֶן דרײַ מײַל אוּן איִהם ניִט דעֶרגרײֵכט, אוּן דעֶר טוּנעֶל האָט זיִך נאָך ניִט אוׂיסגעֶלאָזעֶן. אַז איִך בּיִן אַרוׂיס צוּריִק, האָבּ איִך געֶזעֶהן, אַז דעֶר טוּנעֶל איִז געֶבּוׂיט פוּן אײֵן בּײֵן, לאַנג איִן קײַלעכדיִג אוׂיסגעֶהוׂילט, װיִ דיִ לאַנגעֶ קנאָכעֶן פוּן העֶנד אוּן פיִס, — האָבּ איִך פעֶרשטאַנעֶן, אַז דאָס איִז אַ קנאָך פוּן עוׂג מלך הבּשׁן.

דיִ קלײֵדעֶר אוּן דעֶר מִדְבָּר.

רַבִּי אֱלִיעֶזֶר האָט געֶפרעֶגט רַבִּי שִמְעוׂנ׳עֶן: װאוּ האָבּעֶן דיִ יוּדעֶן געֶנוּמעֶן קלײֵדעֶר איִן דעֶר מִדְבָּר פעֶרציִג יאָהר?

עֶנטפעֶרט עֶר איִהם: דיִ מַלְאָכִים האָבּעֶן זײֵ אָנגעֶטהוּן נאָך אוׂיפ׳ן בּאַרג סִינַי.

— אוּן דיִ קלײֵדעֶר זעֶנעֶן ניִט צוּריִסעֶן געֶװאָרעֶן?

— נײֵן! אַזוׂי שטעֶהט איִן פָּסוּק: „דײַן קלײֵד איִז ניִט אַלט געֶװאָרעֶן”.

— אוּן אַז דיִ קיִנדעֶר זעֶנעֶן אוׂיסגעֶװאַקסעֶן?

¹) קאָלפּאַק, נאַכט׳הוּט.

↤ 94

— זעֶנעֶן דיִ קלײֵדעֶר מיִט זײֵ געֶװאַקסעֶן, װיִ דיִ שנעֶק ¹) מיִט איִהר שׁײֵד.

— אוּן מעֶן האָט זײֵ ניִט געֶדאַרפט װאַשעֶן?

— דעֶר װאָלקעֶן פלעֶגט זײֵ רײַבּעֶן אוּן פּוּצעֶן.

— װיִ זעֶנעֶן זײֵ ניִט פעֶרבּרעֶנט געֶװאָרעֶן?

— אַזוׂי װיִ אַמיִאַנט ²); װאָס מעֶהר מעֶן בּרעֶנט איִהם — װעֶרט עֶר גלאַנציִגעֶר אוּן שטאַרקעֶר.

— אוּן קײַן אוּמצוּכט האָבּעֶן זיִך ניִט פעֶרפיִהרט?

— אַפִילוּ נאָכ׳ן טוׂיט האָבּעֶן אוׂיך דיִ װעֶריִם צוּ זײֵ קײַן צוּטרעֶט ניִט געֶהאַט, בִּפְרַט לעֶבּעֶדיִגעֶרהײֵד.

— װיִ זעֶנעֶן זײֵ ניִט פעֶרדוּמפעֶן געֶװאָרעֶן פוּן שװײֵס ?

— מִרְיָם׳ס בּרוּנעֶן פלעֶגט זײֵ בּרעֶנגעֶן שמעֶקעֶדיִגעֶ גראָזעֶן אוּן אַלעֶרלײֵ געֶװיִרצעֶן, האָבּעֶן זײֵ זיִך איִן דעֶם געֶקוׂיקעֶלט אוּן דעֶר װאוׂיל־שמעֶקעֶנדיִגעֶר רֵיחַ האָט זיִך געֶלאָזט העֶרעֶן װײַט־װײַט.

געֶזעֶהן װיִ גאָט גיִט זיִך מיִט זײֵ אַזוׂי אָפּ, פּוּצט זײֵ אוּן קעֶכעֶלט זײֵ, האָבּעֶן דיִ יוּדעֶן געֶזיִנגעֶן דיִ ליִעד:

גאָט איז מײַן פּאַסטוּך, װאָס־זשעֶ פעֶהלט מיִר?
איִן טיִעף־גראָזיִגעֶ אָאַזיִסעֶן ³) בּעֶלעֶגט עֶר מיִך,
בּײַ רוּהיִגעֶ װאַסעֶרעֵן פיהרט עֶר מיִך – – –
אוּן געֶה איִך איִן ט־אָל פוּן דעֶר װיִסטעֶ
שרעֶקט מיִך קײַן בּעֵז ניִט –
דעֶן דוּ בּיִסט מיִט מיִר.
דעֶר טוׂיט פוּן דוׂר הַמִדְבָּר.

נאָך דעֶם װיִ דעֶר דוׂר הַמִדְבָּר, שִׁשִׁים רִיבּוׂא מאַן, האָבּעֶן זיִך פעֶרזיִנדיִגט, האָט גאָט אוׂיף זײֵ גוׂזֵר ⁴) געֶװעֶן, זײֵ זאָלעֶן אַלעֶ אוׂיסשטאַרבּעֶן איִן מדבּר איִן פעֶרלוׂיף פוּן פעֶרציִג יאָהר.

¹) שיִלדקַרעֶט, אַרט טשעֶרעֶפּאַכעֶ. ²) אַ אַרט אַזבּעֶסט . ³) אַ שטיִקעֶל פּלאַץ איִן מדבּר בֶּעֶדעֶקט מיִט נראָז אוּן בּײֵמעֶר . ⁴) בּעֶפוׂילען.

יעֶדעֶס יאָהר עֶרֶב תִּשְׁעָה־בְּאָב פלעֶגט משׁה אוׂיסרוּפעֶן איִן מַחֲנֶה: געֶהט גראָבּעֶן! האָט יעֶדעֶר זיִך אוׂיסגעֶגראָבּעֶן אַ קֵבֶר אוּן דאָרט איִבּעֶרגעֶנעֶכטיִגט. אוׂיף מאָרגעֶן האָט מעֶן אוׂיסגעֶרוּפעֶן: דיִ לעֶבּעֶדיִגעֶ אָפּגעֶשײֵדט ↰ 95 פוּן דיִ טוׂיטעֶ! פלעֶגעֶן בּלײַבּעֶן איִן קְבָרִים יעֶדעֶס מאָל צוּ פוּפצעֶהן טוׂיזעֶנד אוּן דיִ איִבּעֶריִגעֶ פלעֶגעֶן אוׂיפשטעֵהן געֶזוּנד אוּן שטאַרק. אַזוׂי איִז געֶשעֶהן פעֶרציִג יאָהר ¹), בּיִז דעֶר אַלטעֶר דוׂר איִז איִן גאַנצעֶן אוׂיסגעֶשטאָרבּעֶן.

דאָס לעֶצטעֶ יאָהר האָבּעֶן זײֵ װיִדעֶר אַזוׂי געֶטהוּן אוּן אַלעֶ זעֶנעֶן אוׂיפגעֶשטאַנעֶן לעֶבּעֶדיִג, האָבּעֶן זײֵ געֶמײֵנט, אַז מעֶן האָט ניִט גוּט אוׂיסגעֶרעֶכעֶנט דעֶם טאָג, זעֶנעֶן זײֵ אוׂיף מאָרגעֶן װײַטעֶר געֶגאַנגעֶן נעֶכטיִגעֶן איִן דיִ קברים. אַזוׂי האָבּעֶן זײֵ געֶטהוּן דיִ גאַנצעֶ װאָך. אַז זײֵ האָבּעֶן געֶזעֶהן דעֶם פוּנפצעֶהנטעֶן אָב, דאָס קײֵנעֶר שטאַרבּט ניִט, האָבּעֶן זײֵ פעֶרשטאַנעֶן, אַז דיִ גְזֵרָה איִז בָּטֵל ²) געֶװאָרעֶן, אוּן דעֶם טאָג געֶמאַכט יוׂם־טוׂב.

שפּעֶטעֶר, אַז דיִ יוּדעֶן זעֶנעֶן געֶזעֶסעֶן איִן אֶרֶץ־יִשְרָאֵל רוּהיִג אוּן פריִעדליִך, איִז אײֵנעֶר פוּן דיִ גרעֶסטעֶ יָמִים־טוׂבִים בּײַ זײֵ געֶװעֶן „חַמִשָׁה עָשָׂר בְּאָב” ³).

בִּלְעָם.

מוׂאָב אוּן מִדְיָן זעֶנעֶן געֶװעֶן צװײֵ פײַנדליִכעֶ פעֶלקעֶר אוּן שטעֶנדיִג צװיִשעֶן זיִך מִלְחָמוׂת געֶפיִהרט.

װיִ דיִ יוּדעֶן האָבּעֶן זיִך דעֶרנעֶהנטעֶרט צוּם גרעֶניִץ פוּן מוׂאָב, האָבּעֶן שוׂין דיִ בּײֵדעֶ בּלוּט־שׂוׂנְאִים צװיִשעֶן זיִך געֶשלאָסעֶן שָׁלוׂם.

עֶס קוּמט אוׂיס װיִ צװײֵ היִנט, װאָס פלעֶגעֶן זיִך שטעֶנדיִג צוּפּעֶן אוּן רײַסעֶן, בּיִז אַ װאָלף איִז אוׂיף זײֵ אָנגעֶפאַלעֶן — האָבּעֶן זײֵ זיִך שוׂין צוּנוׂיפגעֶפּאָרט, אוּן בּײֵדעֶ צוּזאַמעֶן אַרוׂיס אַנטקעֶגעֶן װאָלף.

אַזוׂי האָט זיִך מוׂאָב צעֶנוׂיפגעֶפּאָרט מיִט מִדְיָן, כְּדֵי דיִ יוּדעֶן בּײַקוּמעֶן אוּן זיִך צוּטײֵלעֶן מיִט דעֶר גוּטס, װיִ דאָס שפּריִכװאָרט זאָגט:

שוּתְּפוּת קאַץ אוּן כֶּלֶב,
אוׂיף שְלִים־מַזָל׳ס חֵלֶב.

אוּן בָּלָק מֶלֶך מוׂאָב האָט בּײַ זיִך געֶטראַכט:

— זײֵעֶר פיִהרעֶר משה האָט א צײַט מיִט יאָהרעֶן פעֶרבּראַכט איִן מדין, — װעֶלעֶן מיִר פרעֶגעֶן בּײַ דיִ זְקֵנִים פוּן מדין, איִן װאָס ליִגט זײַן גאַנצעֶר כּחַ. האָט עֶר בּעֶקוּמעֶן אַ עֶנטפעֶר:

— דעֶר כּחַ זײַנעֶר איִז נוּר איִן מוׂיל.

¹) ²) צוּשטעֶרט, אָפּגעֶרוּפעֶן. ³) פוּפצעֶהן טאָג אין חוׂדש אָב.

↤ 96

— אוׂיבּ אַזוׂי — זאָגט בָּלָק — װעֶל איִך אוׂיף זײֵ אָנשיִקעֶן בִּלְעָם׳ן מיִט זײַן מוׂיל, װעֶט עֶר זײֵ פעֶרשעֶלטעֶן.

האָט זיִך גאָט געֶװיִזעֶן צוּ בּלעם׳ן אוּן איִהם בּעֶפוׂילעֶן:

— געֵה ניִט!

— װעֶל איִך זײֵ שעֶלטעֶן דאָ אוׂיפ׳ן אָרט.

— שעֶלט ניִט!

— װעֶל איִך זײֵ בּעֶנשעֶן.

— אוׂיך ניִט!

װיִ מעֶן זאָגט, איִן אַ שפּריִכװאָרט, צוּ דעֶר בּיִהן:

ניִט דײַן האָניִג,
ניִט דײַן בּיִס.

אוּן בִּלְעָם איִז דאָך אַװעֶק אוּן אוׂיפגעֶבּוׂיט זיִבּעֶן מִזְבֵּחוׂת אוּן געֶװאָלט שעֶלטעֶן דיִ יוּדעֶן.

בּעֶװײַזט זיִך גאָט צוּ איִהם אוּן פרעֶגט:

— רָשָע, װאָס טהוּסטוּ? איִך האָבּ דאָך דיִר פעֶרבּאָטעֶן?!

עֶנטפעֶרט עֶר:

— אָט האָבּ איִך אײַנגעֶאָרדנעֶט זיִבּעֶן מִזְבֵּחַוׂת...

עֶס קוּמט אוׂיס װיִ אַ קרעֶמעֶר, װאָס האָט אַ פאַלשעֶ מאָס אוּן אַ פאַלשעֶ װאָג אוּן נאַרט דיִ קוׂנִים, קוּמט אַרײַן דעֶר אוׂיפזעֶהעֶר פוּן מאַרק אוּן חאַפּט איִהם בּײַ דעֶר האַנד װיִ עֶר שװיִנדעֶלט:

— װאָס טהוּסטוּ ?

— איִך האָבּ דיִר, ליִעבּעֶר העֶר, שוׂין אָפּגעֶשיִקט אַהײֵם אַ פײַנעֶ מַתָּנָה.

גאָט לאָזט זיִך אָבּעֶר ניִט אוּנטעֶרקוׂיפעֶן מיִט שוׂחַד ¹), — האָט עֶר איִהם פעֶרװעֶהרט צוּ שעֶלטעֶן.

אָבּעֶר פוּן דעֶם רָשָע׳ס בְּרָכוׂת זעֶהט מעֶן, װאָס פאַר אַ קְלָלָה עֶר האָט איִן זיִנעֶן געֶהאַט צוּ געֶבּעֶן, אוּן גאָט האָט עֶס פעֶרקעֶהרט אוׂיף אַ בְּרָכָה:

געֶװאָלט האָט עֶר פעֶרשעֶלטעֶן, יוּדעֶן זאָלעֶן ניִט האָבּעֶן קײַן שוּלעֶן פאַר קיִנדעֶר אוּן בָּתֵּי־מִדְרָשִים פאַר דעֶרװאַקסעֶנעֶ — אוּן געֶבּעֶנשט:

װיִ שׁעֵהן דײַנעֶ דײַנעֶ געֶצעֶלטעֶן יַעֲקב‎,
דײַנעֶ װאוׂׂינוּנגעֶן — יִשְרָאֵל!

¹) בּעֶשטעֶכוּגג, חאַבאַר.

↤ 97

װיִדעֶר האָט עֶר געֶװאָלט שעֶלטעֶן, יוּדעֶן זאָלעֶן זײַן װיִסט אוּן לעֶעֶר, דאַר אוּן טרוּקעֶן — האָט עֶר געֶבּעֶנשט:

װיִ טײַכעֶן געֶצוׂיגעֶן,
װיִ געֶרטנעֶר בּײַם טײַך,
פײַכט, זאַפטיִג זײַן צװײַג,
זײַן זאָמעֶן בּײַ שטראָמעֶן,
װיִ בְּשָׂמִים, װאָס גאָט
אַלײֵן האָט געֶפלאַנצט,
װיִ צעֶדעֶר בּײַ׳ם קװאַל.

ד זאָלעֶן ניִט געֶװעֶלטיִגעֶן איִבּעֶר אַנדעֶרעֶ פעֶלקעֶר — אוּן װיִדעֶר געֶבּעֶנשט:

העֶכעֶר פוּן אֲגָג ¹) זײַן מֶלֶךְ,
אוּן זײַן קעֶניִגרײַךְ דעֶרהוׂיבּעֶן.

אַלעֶ בְּרָכוׂת האָבּעֶן זיִך שפּעֶטעֶר איִן גָלוּת װיִדעֶר פעֶרװאַנדעֶלט איִן קְלָלוׂת, חוּץ אײֵנעֶ — שוּלעֶן אוּן בָּתי־מִדְרָשִים. איִן דיִ עֶרגסטעֶ צײַטעֶן זעֶנעֶן יוּדעֶן געֶװעֶן װאוׂיל־געֶלעֶרעֶנטעֶ אוּן פאַר דעֶר תּוׂרָה זיִך מוֹסֵר־נֶפֶש ²) געֶװעֶן.

געֶזעֶהן אַז צוּ שעֶלטעֶן איִז עֶר ניִשט בְּכּוֹחַ, האָט בִּלְעָם בָּלָק׳ן אַזאַ עֵצָה געֶגעֶבּעֶן:

— דעֶר יוּדיִשעֶר גאָט האָט פײַנט אוׂיסגעֶלאַסעֶנקײַט, יוּדעֶן אָבּעֶר זעֶנעֶן לָהוּט ³) נאָך לײַנעֶגעֶ קלײֵדעֶר. נעֶהם־זשעֶ שטעֶל־אוׂיף גאַנצעֶ רײֵהעֶן צעֶלטעֶן־געֶװעֶלבּליִך אוּן זעֶץ דאָרט אַװעֶק פרוׂיעֶן, אַלטעֶ פוּן דרוׂיסעֶן אוּן יוּנגעֶ איִנװעֵניִג, אוּן לאָזעֶן זײֵ פעֶרקוׂיפעֶן לײַנעֶנעֶ קלײֵדעֶר...

אוּן בָּלָק האָט אַזוׂי געֶטהוּן.

¹) דעֶר מלך פוּן עמלק. ²) דאָס לעֶבּעֶן געֶאָפּפעֶרט. ³) בּעֶגעֶרעֶן שטאַרק.

אָפּגעֶגעֶסעֶן אוּן אָפּגעֶטרוּנקעֶן געֶהט אַ יוּד אוׂיפגעֶלעֶגט אַרוׂיס איִן מאַרק שפּאַציִרעֶן. פעֶררוּפט מעֶן איִהם איִן דיִ געֶװעֶלבּליִך: ציִ דאַרפסטוּ ניִשט לײַניִנעֶ קלײֵדעֶר? זאָגט איִם דיִ אַלטעֶ אַ אֱמֶת׳עֶ פּרײַז אוּן דיִ יוּנגעֶ — גאָר אַ בּיִליִגעֶ, אוּן מאַכט דעֶרבּײַ חֵנ׳עֶװדיִג: זײַ הײֵמיִש, מײַן פרײַנד, זעֶץ זיִך אַניִדעֶר אוּן קלוׂיבּ זיִך אויס װאָס דײַן האַרץ גליִסט. אוּן בּאַלד טאַקיִ בּעֶװײַזעֶן זיִך דאָרט פלעֶשליִך װײַן פוּנ׳ם בּעֶסטעֶן עמוֹנ׳יִשעֶן סאָרט, װאָס צוּרײֵצט דאָס בּלוּט. „װעֶסטוּ אֶפְשַר פעֶרזוּכעֶן אַ גלעֶזעֶל װײַן?” — פרעֶגט ↰ 98 זיִ מיִט אַ פרײַנדליִכעֶן שמײֵכעֶל. קעֶן עֶר ניִשט בּײַשטעֵהן אוּן טריִנקט. ציִנדט זיִך איִן איִהם דאָס בּלוּט אוּן עֶר פּרוּבט זיִך מיִט איִהר װעֶרעֶן גאָר הײֵמיִש. נעֶהמט זיִ אַרוׂיס איִהר געֶטיִל פוּנ׳ם שוׂיס אוּן זאָגט: געֶפעֶל איִך דיִר יאָ, דיִען־זשעֶ אוׂיך צוּ מײַן געֶטיִל. — װאָס הײֵסט, זאָגט עֶר, איִך בּיִן דאָך אַ יוּד! — װאָס מאַכט עֶס אוׂיס? — זאָגט זיִ איִהם. אוּן עֶס דעֶרגעֶהט דעֶרצוּ בּיִז עֶר זאָגט זיִך אָפּ איִנגאַנצעֶן פוּן תּוֹרַת־משֶׁה.

אַזוׂי האָבּעֶן דיִ טעֶכטעֶר פוּן מִדְיָן אַראָפּגעֶפיִהרט דיִ יוּדעֶן פוּן רעֶכטעֶן װעֶג. אוּן צוּליִעבּ דעֶם זעֶנעֶן פיִער אוּן צװאַנציִג טוׂיזעֶנד יוּדעֶן אוּמגעֶקוּמעֶן פוּן מַגֵפָה.

דעֶרנאָך אָבּעֶר האָבּעֶן יוּדעֶן איִן אַ מִלְחָמָה געֶגעֶן מִדְיָן אָפּגעֶהאַלטעֶן אַ גרוׂיסעֶן נִצָחוׂן ¹), אוּן בִּלְעָם, װאָס איִז דעֶרװײַל געֶקוּמעֶן איִן מִדְיָנ׳יִשׁעֶן לאַגעֶר געֶצאָהלט מאָהנעֶן פאַר זײַן עֵצָה, איִז אוׂיך צװיִשעֶן אַנדעֶרעֶ געֶ׳הַרְג׳עֶט געֶװאָרעֶן. װיִ דאָס שפּריִכװאָרט זאָגט:

דעֶם עֵזעֶל האָט זיִך געֶגליִסט העֶרנעֶר בּעֶקוּמעֶן —
האָט מעֶן איִהם דיִ לאַנגעֶ אוׂיעֶרעֶן אָפּגעֶנוּמעֶן.
משֶׁה׳ס טוׂיט.

„אוּן גאָט האָט צוּ משה געֶזאָגט: דעֶר טאָג פוּן דײַן טוׂיט איִז שוׂין נאָהעֶנט”.

„אוּן װעֶן אוׂיך עֶר הוׂיבּט זיִך בּיִז צוּ׳ם היִמעֶל אַרוׂיף אוּן זײַן קאָפּּ דעֶרלאַנגט דעֶם װאָלקעֶן... געֶהט עֶר פעֶרלוׂירעֶן אוּן ניִטאָ איִהם” — געֶגעֶן װאָס רעֶדט זיִך דאָ? געֶגעֶן דעֶם טאָג פוּן טוׂיט: מעֶג דעֶר מעֶנש װיִ אַ פוׂיגעֶל אַפִילוּ זיִך פליִגעֶל מאַכעֶן אוּן צוּ׳ם היִמעֶל זיִך אוׂיפהוׂיבּעֶן — קוּמט דיִ לעֶצטעֶ שָׁעָה פוּנ׳ם טוׂיט װעֶרעֶן דיִ פליִגעֶל זײַנעֶ צוּבּראָכעֶן אוּן עֶר פאַלט־אַראָפּ.

¹) זיִעג, אײַנגעֶנוּמעֶן דיִ מלחמה.

„אוּן װעֵן אוׂיך עֶר הוׂיבּט זיִך בּיִז צוּ׳ם היִמעֶל אַרוׂיף” — דאָס איִז משה, װאָס אוׂיפ׳ן הימעֶל איִז עֶר אַרוׂיפגעֶשטיִגעֶן אוּן מיִט דיִ פיִס זײַנעֶ דיִ װאָלקעֶנס געֶטראָטעֶן, אוּן צוּ מַלְאָכִים גלײַך געֶװאָרעֶן, אוּן מיִט גאָט בָּרוּך־הוּא פָּנִים־אֶל פָּנִים געֶרעֶדט אוּן פוּן זײַן האַנד דיִ תּוֹרָה געֶנוּמעֶן — װיִ בּאַלד זײַן סוׂף איִז געֶקוּמעֶן האָט איִהם גאָט געֶזאָגט: „דעֶר טאָג פוּן דײַן טוׂיט איִז שוׂין נאָהעֶנט”.

↤ 99

I.

װעֶן משה האָט געֶזעֶהן, אַז דעֶר גְזַר־דִין אוׂיף איִהם איִז שוׂין אָנגעֶ׳חַתְמ׳ט געֶװאָרעֶן, האָט עֶר אַרוּמגעֶצײֵכעֶנט אַרוּם זיִך אַ עִיגוּל ¹) אוּן אַלײֵן געֶשטעֶלט זיִך אַיִנמיִטעֶן אוּן געֶזאָגט: „איִך ריִהר זיִך ניִשט פוּן דאַנעֶן, בּיִז דוּ װעֶסט דיִ גְזֵירָה מְבַטֵל זײַן”. אוּן אָנגעֶטהוּן האָט עֶר זיִך איִן אַ זאַק אוּן אײַנגעֶהיִלט זיִך איִן אַ זאַק אוּן זיִך געֶװאַלגעֶרט איִן אַש, אוּן האָט געֶנוּמעֶן בּעֶטעֶן רַחְמִים בּײַ גאָט בָּרוּך־הוּא, בּיִז דעֶר היִמעֶל מיִט דעֶר עֶרד אוּן דיִ גאַנצעֶ נאַטוּר האָבּעֶן אָנגעֶהוׂיבּעֶן ציִטעֶרעֶן אוּן געֶפרעֶגט: „אֶפְשַׁר איִז שוׂין דעֶר װיִלעֶן פוּן גאָט געֶקוּמעֶן גאָר זײַן װעֶלט צוּ בּעֶנײַעֶן?” ²) איִז אַ בַּת־קוׂל אַרוׂיס אוּן געֶזאָגט: „ניִשט געֶקוּמעֶן איִז נאָך דעֶר װיִלעֶן פוּן גאָט זײַן װעֶלט צוּ בּעֶנײַעֶן, נאָר „איִן זײַן האַנד איִז דיִ זעֶעל פוּן אַלעֶ לעֶבּעֶדיִגעֶ” ³)... אוּן גאָט האָט געֶלאָזט אוׂיסרוּפעֶן איִן יעֶדעֶן טוׂיעֶר פוּן יעֶדעֶן היִמעֶל, משה׳ס תְּפִלָה זאָל פאַר איִהם ניִשט אוׂיפגעֶנוּמעֶן אוּן געֶבּראַכט װעֶרעֶן, װײַל דעֶר גְזַר־דִין דײַנעֶר איִז שוׂין אָנגעֶ׳חַתְמֶ׳ט. אוּן װעֶן דאָס קוׂל פוּן דעֶר תְּפִלָה צוּ׳ם היִמעֶל האָט זיִך געֶשטאַרקט, האָט גאָט געֶרוּפעֶן אוּן געֶזאָגט דיִ מַלְאֲכֵי־הַשָרֵת: „געֶשװיִנד לאָזט זיִך אַראָפּ אוּן אַלעֶ טוׂיעֶרעֶן פוּן יעֶדעֶן היִמעֶל פעֶרשליִסט! װײַל משה׳ס תּפלה איִז געֶגליִכעֶן געֶװעֶן צוּ אַ שװעֶרד װאָס רײַסט אוּן שנײַדט אוּן קײֵנעֶר קעֶן עֶס ניִשט אָפּשטעֶלעֶן. האָט משה געֶזאָגט פאַר גאָט בָּרוּך־הוּא: „רִבּוׂנוׂ־שֶל־עוׂלָם, פאַר דיִר איִז אָפעֶן אוּן בּעֶװאוּסט מײַן מיִה אוּן צַעַר, װאָס איִך האָבּ געֶליִטעֶן איִבּעֶר דיִ יוּדעֶן בּיִז זײֵ האָבּעֶן אָנגעֶהוׂיבּעֶן גלוׂיבּעֶן דײַן נאָמעֶן; װיִפיִעל לײֵדעֶן האָבּ איִך צוּליִעבּ זײֵ איִבּעֶרגעֶטראָגעֶן בּיִז איִך האָבּ בּײַ זײֵ פעֶסט געֶשטעֶלט דיִ תּוׂרָה מיִט מִצְווֹת. געֶמײֵנט האָבּ איִך: אַזוׂי װיִ איִך האָבּ זײֵעֶר צַעַר אוּן יְסוּרִים געֶזעֶהן אַזוׂי װעֶל איִך זוֹכֶה זײַן אוׂיך זײֵעֶר נַחַת דעֶרלעֶבּעֶן — אוּן איִצט װעֶן דיִ צײַט פוּן נַחַת איִז געֶקוּמעֶן, זאָגסטוּ מיִר: „דוּ װעֶסט ניִשט אַריִבּעֶרגעֵהן דעֶם יַרְדֵן” — מאַכסטוּ דאָך פאַר פאַלש דײַן אײֵגעֶנעֶ תּוׂרָה, װאוּ דוּ האָסט געֶשריִבּעֶן: „איִן זײַן טאָג זאָלסטוּ איִהם (דעֶם טאָג־אַרבּײַטעֶר) זײַן לוׂין געֶבּעֶן”. שוׂין־זשעֶ איִז דאָס מײַן לוׂין פאַר אַרבּײַט פוּן פיִערציִג יאָהר, װאָס איִך האָבּ זיִך אַזוׂי בּעֶמיִהט בּיִז ס׳איִז אַ הײֵליִג אוּן געֶטרײַ פאָלק געֶװאָרעֶן?” ענטפעֶרט גאָט בָּרוּך־הוּא: ↰ 100 „אַזאַ גְזֵירָה איִז פוּן מיִר אַרוׂיס!” זאָגט משה: „רִבּוׂנוׂ־שֶל־עוׂלָם, אוׂיבּ איִך קעֶן ניִשט אַרײַנגעֶהן איִן אֶרֶץ־יִשְׂרָאֵל לעֶבּעֶדיִגעֶרהײֵד — בּרײֵנג מיִך אַהיִן אַרײַן טוׂיטעֶרהײֵד, װיִ יוׂסֵף׳ס בּײֵנעֶר”. עֶנטפעֶרט גאָט: „משה, װעֶן יוׂסֵף איִז קײֵן מִצְרַיִם געֶקוּמעֶן האָט עֶר זיִך דאָרט ניִשט פעֶרפרעֶמדט, נאָר אַרוׂיסגעֶזאָגט אַז עֶר איִז אַ יוּד, דוּ אָבּעֶר האָסט זיִך איִן מִדְיָן פעֶרפרעֶמדט: װעֶן יִתְרוׂ׳ס טעֶכטעֶר האָבּעֶן דיִך פאַר זײֵעֶר פאָטעֶר מיִט׳ן נאָמעֶן מִצְרִי אָנגעֶרוּפעֶן, האָסטוּ געֶהעֶרט אוּן זיִך ניִשט װיִסעֶנדיִג געֶמאַכט”. זאָגט משה װיִדעֶר: „רִבּוׂנוׂ־של־עוׂלם, אוׂיבּ דוּ װיִלסט מיִך ניִשט איִן ארץ־יִשראל אַרײַנבּרײֵנגעֶן לאָז מיִך זײַן װיִ דיִ חַיוׂת פוּן פעֶלד, װאָס עֶסעֶן גראָז אוּן טריִנקעֶן װאַסעֶר אוּן זעֶהעֶן דיִ װעֶלט — אַזוׂי זאָל איִך אוׂיך זײַן װיִ אײֵנעֶ פוּן זײֵ”. זאָגט איִהם גאָט: „געֶנוּג שוׂין!” בּעֵט משה װײַטעֶר : „רבּוׂנוׂ־של־עוׂלם, אוׂיבּ ניִשט, לאָז מיִך זײַן אוׂיף דעֶר װעֶלט װיִ דאָס פוׂיגעֶלעֶ, װאָס פליִהט איִן אַלעֶ פיִער עֶקעֶן װעֶלט אוּן קלוׂיבּט זיִך שפּײַז אַלעֶ טאָג — אוּן קוּמט־צוּריִק פאַר נאַכט איִן זײַן נעֶסט”. „געֶנוּג שוׂין!” — עֶנטפעֶרט גאָט.

¹) קרײַז, רעֶדיִל. ²) ד. ה. פעֶרניִכטעֶן דיִ איִצטיִגעֶ װעֶלט אוּן בּעֶשאַפעֶן א נײַעֶ. ³) ד. ה. עֶר װיִל משה׳ן פוּן דעֶר װעֶלט נעֶהמען.

האָבּעֶן דיִ זוּן מיִט דעֶר לְבָנָה זיִך אוׂיפגעֶהוׂיבּעֶן פוּנ׳ם עֶרשטעֶן היִמעֶל איִנ׳ם דריִטעֶן, איִן זְבוּל, אוּן געֶזאָגט פאַר גאָט בָּרוּך־הוּא: „רבּוׂנוׂ־של־עוׂלם, אוׂיבּ דוּ װעֶסט טהוּן אַ געֶרעֶכטעֶן מִשְפָּט עַמְרָם׳ס זוּהן — װעֶלעֶן מיִר װיִדעֶר לײַכטעֶן פאַר דעֶר װעֶלט, אוׂיבּ ניִשט — װעֶלעֶן מיִר אוׂיפהעֶרעֶן צוּ לײַכטעֶן”, האָט גאָט אוׂיף זײֵ געֶװאָרפעֶן פײַעֶרדיִגעֶ פײַלעֶן אוּן שפּיִזעֶן אוּן זײֵ געֶזאָגט: „יעֶדעֶן טאָג בּוּקעֶן זיִך צוּ אײַך מעֶנשעֶן אוּן איִהר האָט ניִשט אוׂיפגעֶהעֶרט צוּ לײַכטעֶן — פאַר מײַן כָּבוׂד אַרט אײַך ניִט, איִצט פאַר׳ן כָּבוׂד פוּן אַ בָּשָׂר־וָדָם װיִלט איִהר זיִך אַזוׂי שטאַרק אָננעֶהמעֶן!”

II.

אַז משה האָט געֶזעֶהן, דאָס מעֶן װיִל זיִך אוׂיף איִהם ניִשט אוּמקוּקעֶן, האָט עֶר זיִך געֶלאָזט געֵהן צוּ היִמעֶל אוּן עֶרד אוּן זײֵ געֶזאָגט: בּעֵט פאַר מיִר רחמים!” זאָגעֶן זײֵ איִהם: „אײֵדעֶר פאַר דיִר דאַרפעֶן מיִר גאָר פאַר זיִך בּעֵטעֶן, מיִר זעֶנעֶן אוׂיך ניִשט קײַן אײֵבּיִגעֶ. אוׂיף אוּנז איִז געֶזאָגט געֶװאָרעֶן: „דעֶר היִמעֶל װעֶט װיִ רוֹיך צוּגעֵהן אוּן דיִ עֶרד װיִ אַ קלײֵד צוּפאַלעֶן!”

איִז עֶר געֶגאַנגעֶן צוּ דיִ שטעֶרעֶן אוּן מזלוׂת אוּן זײֵ געֶזאָגט: „בּעֵט פאַר מיִר רחמים”. עֶנטפעֶרעֶן זײֵ איִהם: „אײֵדעֶר פאַר דיִר דאַרפעֶן מיִר גאָר פאַר זיִך בּעֵטעֶן, דעֶן אוׂיף אוּנז איִז געֶזאָגט געֶװאָרעֶן: „עֶס װעֶלעֶן צוּבּרעֶקעֶלט װעֶרעֶן אַלעֶ העֶרשאַפטעֶן פוּן היִמעֶל”.

↤ 101

איִז עֶר געֶגאַנגעֶן צוּ דיִ הוׂיכעֶ בּעֶרג אוּן זײֵ געֵזאָגט: „בּעֵט פאַר מיִך רַחֲמִים”. עֶנטפעֶרעֶן זײֵ איִהם. „אײֵדעֶר פאַר דיִר דאַרפעֶן מיִר גאָר פאַר זיִך בּעֵטעֶן, דעֶן אוׂיף אוּנז איִז געֶזאָגט געֶװאָרעֶן: „דיִ בּעֶרג װעֶלעֶן זיִך אײַנלעֵגעֵן אוּן דיִ היִגלעֶן װעֶלעֶן צוּפאַלעֶן װעֶרעֶן”.

איִז עֶר געֶקוּמעֶן צוּם יַם אוּן איִהם געֶזאָגט: „בּעֵט פאַר מיִר רחמים”. זאָגט איִהם דעֶר יַם: „עַמְרָם׳ס זוּהן! װאָס איִז הײַנטיִגעֶר טאָג אַנדעֶרש פוּן אַלעֶ? דוּ בּיִסט דאָך דעֶר זעֶלבּעֶר, װאָס בּיִזט צוּ מיִר מיִט דײַן שטעֶקעֶן געֶקוּמעֶן אוּן מיִך געֶשלאָגעֶן אוּן אוׂיף צװעֶלף שטעֶגעֶן צוּטהײֵלט, אוּן איִך האָבּ ניִשט געֶקעֶנט געֶגעֶן דיִר בּײַשטעֶהן — אוּן איִצט װאָס איִז מיִט דיִר אַזוׂינס געֶװאָרעֶן?”

אַז דעֶר ים האָט משה׳ן דעֶרמאָהנט, װאָס עֶר האָט איִן זײַנעֶ יוּנגעֶרעֶ יאָהרעֶן אוׂיפגעֶטהוּן, האָט עֶר געֶנוּמעֶן שרײַעֶן אוּן געֶזאָגט: „אָ, װאוּ נעֶהמט מעֶן װיִדעֶר דיִ אַמאָליִגעֶ יאָהרעֶן!” װעֶן איִך בּיִן פאַר דיִר געֶשטאַנעֶן בּיִן איִך אַ מלך אוׂיף דעֶר װעֶלט געֶװעֶן, איִצט אָבּעֶר פאַל איִך אוׂיף דעֶר עֶרד בּעֵטעֶנדיִג רחמים — אוּן קײֵנעֶר װיִל זיִך אוׂיף מיִר ניִשט אוּמקוּקעֶן”.

בּאַלד איִז עֶר אַװעֶק צוּ מְטַטְרוֹן שַׂר־הפָּנִים ¹) אוּן איִהם געֶזאָגט: „בּעֵט פאַר מיִר רחמים, איִך זאָל פוּן דעֶר װעֶלט ניִשט געֵהן”. זאָגט עֶר איִהם: „משה מײַן רֶבִּי! אוּמזיִסט איִז דײַן מיִה! אַזוׂי האָבּ איִך געֶהעֶרט פוּן אוּנטעֶר דעֶם פאָרהאַנג, אַז דײַן תְּפִלָה װעֶגעֶן דעֶם װעֶט ניִשט אָנגעֶנוּמעֶן װעֶרעֶן”.

האָט משה אַרוׂיפגעֶלעֶגט דיִ העֶנד אוׂיפ׳ן קאָפּּ אוּן געֶשריִען אוּן געֶװײֵנט: „צוּ װעֶמעֶן זאָל איִך איִצט געֵהן בּעֵטעֶן רחמים?” אוּן גאָט־בּרוּך־הוּא איִז געֶװאָרעֶן שטאַרק איִן צאָרן אוׂיף איִהם, בּיִז משה האָט אוׂיסגעֶשריִען: „גאָט, גאָט, דעֶרבּאַריִמדיִגעֶר גאָט אוּן לײַטזעֶליִגעֶר”.

איִז דעֶר רוּחַ־הַקדֶשׁ ²) בּאַלד בּעֶרוּהיִגט געֶװאָרעֶן. זאָגט גאָט צוּ משה׳ן: „משה, צװײֵ שְׁבוּעוׂת האָבּ איִך געֶשװאוׂירעֶן, אײֵנעֶ װעֶגעֶן יוּדעֶן אוּמצוּבּרײֵנגעֶן זײֵ פוּן דעֶר װעֶלט, װעֶן זײֵ האָבּעֶן יעֶנעֶ מַעֲשֶׂה ³) אָנגעֶטהוּן, אוּן אײֵנעֶ װעֶגעֶן דיִר, אַז דוּ זאָלסט שטאַרבּעֶן אוּן איִן לאַנד ניִשט אַרײַנגעֵהן. יעֶנעֶ שׁבוּעה װעֶגעֶן יוּדעֶן האָבּ איִך צוּליִעבּ דיִר מבטל געֶװעֶן, װײַל דוּ האָסט פאַר זײֵ געֶבּעֵטעֶן, אוּן איִצט בּעֵטסטוּ װיִדעֶר, איִך זאָל אוׂיך דיִ צװײֵטעֶ שׁבוּעה בּרעֶכעֶן אוּן טהוּן דײַן פעֶרלאַנגעֶן, דוּ װיִלסט ציִהעֶן דעֶם שטריִק פאַר בּײֵדעֶ ↰ 102 עֶקעֶן — אײֵנעֶ פוּן דיִ בּײֵדעֶ שׁבוּעוׂת מוּז פעֶסט בּלײַבּעֶן, קלוׂיבּ זיִך אוׂיס!”

¹) אײֵנער פוּן דיִ גרעסטע מלאכים װאָס שטעהט פאַר גאָט. ²) גאָט׳ס הײֵליִגער גײַסט. ³) פוּנ׳ם עגל.

װיִ משה האָט דאָס דעֶרהעֶרט, זאָגט עֶר: „רבּוׂנוׂ־שׁל־עוׂלם, לאָז פעֶרלוׂירעֶן געֵהן משׁה אוּן טוׂיזעֶנד זײַן גלײַכעֶן — אוּן קײֵן נאָגעֶל פוּן אײֵנעֶם פוּן פאָלק יִשְׂרָאֵל זאָל ניִשט װעֶרעֶן געֶקריִמט!”

אוּן משה זאָגט װיִדעֶר פאַר גאָט: „רִבּוׂנוׂ־של־עוׂלם, דיִ פיִס װאָס האָבּעֶן זוֹכֶה געֶװעֶן אוׂיפ׳ן היִמעֶל אַרוֹיפגעֵהן, אוּן דאָס פָּנִים װאָס האָט דיִ שְׁכִינָה מְקַבֵּל־פָּנִים געֶװעֶן — זאָלעֶן זיִך איִן עֶרד װאַלגעֶרעֶן?” זאָגט איִהם גאָט: „אַזוׂי האָבּ איִך בּעֶשלאָסעֶן אוּן אַזוׂי פיִהרט זיִך אוׂיף דעֶר װעֶלט: יעֶדעֶר דוׂר האָט זײַנעֶ פאָרשטעֶהעֶר, זײַנעֶ מַנְהִיגִים. בּיִז איִצט איִז דײַן צײַט געֶװעֶן, איִצט איִז דיִ צײַט פאַר דײַן תּלמיד געֶקוּמעֶן. זאָגט משה: „רבּוׂנוׂ־של־עוׂלם, אוׂיבּ צוּליִעבּ יְהוֹשֻׁעַ געֵה איִך פוּן דעֶר װעֶלט, װעֶל איִך געֵהן בּײַ איִהם אַ תַּלְמִיד זײַן”. זאָגט איִהם גאָט: „אוׂיבּ דוּ װיִלסט — געֵה”.

III.

איִז משה אוׂיפגעֶשטאַנעֶן אוּן גאַנץ פריִה צוּ יְהוֹשֻעַ׳ס הוׂיז אַװעֶקגעֶגאַנגעֶן. אוּן יהוֹשע איִז געֶזעֶסעֶן אוּן געֶלעֶרעֶנט. האָט משה זיִך אַניִדעֶרגעֶשטעֶלט אײַנגעֶבּוׂיגעֶן, דיִ האַנד אוׂיפ׳ן האַרצעֶן אַרוׂיפגעֶלעֶגט. נאָר דיִ אוׂיגעֶן פוּן יהוֹשׁע זעֶנעֶן געֶװעֶן װיִ פעֶרשטעֶלט אוּן עֶר האָט איִהם ניִשט געֶזעֶהן, כְּדֵי משה זאָל דעֶרפוּן צַעַר האָבּעֵן אוּן זאָל זײַן גרײֵט זיִך צוּם טוׂיט איִבּעֶרצוּגעֶבּעֶן.

אוּן דיִ יוּדעֶן זעֶנעֶן געֶגאַנגעֶן איִן משה׳ס געֶצעֶלט תּוׂרה צוּ לעֶרנעֶן, פרעֶגעֶן זײֵ: „משה רבּנוּ װאוּ איִז?” עֶנטפעֶרט מעֶן זײֵ: „גאַנץ פריִה נאָך איִז עֶר איִן יהוֹשע׳ס הוׂיז אַװעֶקגעֶגאַנגעֶן”. קוּמעֶן זײֵ צוּ יהוֹשע׳ס טהיִר אוּן זעֶהעֶן, װיִ יהוֹשע זיִצט אוּן משה שטעֶהט. פרעֶגעֶן זײֵ יהוֹשע׳ן: „װאָס איִז מיִט דיִר געֶװאָרעֶן — משה רבּנוּ שטעֶהט אוּן דיִ זיִצסט!” אוּן אַז יהוֹשע האָט דיִ אוׂיגעֶן זײַנעֶ אוׂיפגעֶהוׂיבּעֶן אוּן איִהם דעֶרזעֶהן, האָט עֶר געֶשװיִנד זײַנעֶ קלײֵדעֶר צוּריִסעֶן אוּן אָנגעֶהוׂיבּעֶן װײֵנעֶן אוּן שרײַעֶן: „רֶבִּי מײַנעֶר, רבּי! פאָטעֶר מײַנעֶר, פאָטעֶר!”...

זאָגעֶן דיִ יוּדעֶן צוּ משה׳ן: „משה רַבֵּינוּ! לעֶרן אוּנז תּוׂרָה”. עֶנטפעֶרט עֶר: „איִך האָבּ אוׂיף דעֶם קײַן רְשוּת ¹) ניִשט”. זאָגעֶן זײֵ איִהם װיִדעֶר: „מיִר װעֶלעֶן דיִך ניִשט אָפּלאָזעֶן”. לאָזט זיִך העֶרעֶן פוּן היִמעֶל אַ בַּת־קוׂל : „לעֶרנט ↰ 103 בּײַ יהוֹשע” — אוּן זײֵ האָבּעֶן אוׂיף זיִך מְקַבֵּל געֶװעֶן צוּ זיִצעֶן אוּן לעֶרנעֶן תּוׂרָה בּײַ יהוֹשע.

¹) ערלוׂיבּעניש, רעכט.

איִז יהוֹשע געֶזעֶסעֶן אוׂיבּעֶן־אָן, משה רעֶכטס אוּן אַהרן׳ס קיִנדעֶר ליִנקס — אוּן יהוֹשע האָט געֶלעֶרנט פאַר משה. אוּן ס׳איִז פוּן משה׳ן אָפּגעֶנוּמעֶן געֶװאָרעֶן דעֶר אוׂצָר פוּן חָכְמָה אוּן צוּ יהוֹשע׳ן אַװעֶקגעֶגעֶבּעֶן געֶװאָרעֶן.

דעֶרנאָך האָבּעֶן זײֵ זיִך געֶלאָזט געֵהן, אוּן משה איִז געֶגאַנגעֶן איִן דעֶר ליִנקעֶר זײַט פוּן יהוֹשע. זעֶנעֶן זײֵ בּײֵדעֶ אַרײַנגעֶגאַנגעֶן איִן אוׂהֶל־מוׂעֵד, האָט זיִך אַראָפּגעֶלאָזט אַ װאָלקעֶן־זײַל אוּן צװיִשעֶן זײֵ בּײֵדעֶ אָפּגעֶטהײֵלט. אוּן אַז דעֶר װאָלקעֶן־זײַל איִז אַװעֶק — פרעֶגט משה: „יהוֹשע, װאָס האָט מיִט דיִר גאָט געֶרעֶדט?” עֶנטפעֶרט איִהם יהוֹשע: „װעֶן צוּ דיִר פלעֶגט זיִך גאָט בּעֶװײַזעֶן, האָבּ איִך אַמאָל געֶװאוּסט װאָס אַזוׂינס עֶר רעֶדט מיִט דיִר?” דאַמאָלס האָט משה אוׂיסגעֶשריִעֶן: „הוּנדעֶרט מאָל שטאַרבּעֶן אוּן ניִשט אײֵן מאָל מְקַנֵא זײַן! העֶר פוּן אַלעֶ װעֶלטעֶן, בּיִז איִצט האָבּ איִך לעֶבּעֶן געֶבּעֶטעֶן, איִצט אָבּעֶר איִז מײַן נְשָמָה דיִר אָפּגעֶגעֶבּעֶן”.

װעֶן בּײַ משה׳ן איִז רעֶכט געֶבּליִבּעֶן צוּ שטאַרבּעֶן האָט גאָט בּרוּך־הוּא געֶנוּמעֶן בּעֶדוׂיעֶרעֶן: „װעֶר װעֶט זיִך פאַר יוּדעֶן אַרוׂיסשטעֶלעֶן איִן דעֶר צײַט פוּן מײַן צאָרן? אוּן װעֶר װעֶט בּײַ מיִר בּעֵטעֶן רחמים איִן דעֶר צײַט װאָס זיִך װעֶלעֶן פאַר מיִר זיִנדיִגעֶן?”

IV.

אוּן סַמָאֵל, דעֶר עֶלטסטעֶר שָׂטָן, האָט יעֶדעֶ רֶגַע אוׂיף משֶה׳ס נְשָׁמָה אַרוׂיסגעֶקוּקט אוּן געֶזאָגט: „װעֶן װעֶט שוׂין דיִ רגע פוּן משה׳ס טוׂיט קוּמעֶן, איִך זאָל אַראָפּגעֵהן אוּן בּײַ איִהם דיִ נשמה נעֶהמעֶן? װעֶן װעֶט שוׂין מִיכָאֵל קלאָגעֶן אוּן איִך װעֶל דעֶם גרוׂיסעֶן לאַך קעֵנעֵן געֶבּעֶן?”

זאָגט גאָט צוּ גַבְרִיאֵל׳ן: „געֵה בּרעֵנג דוּ נְשָמָה פוּן משה”. עֶנטפעֶרט עֶר איִהם: „רִבּוׂנוׂ־שֶל־עוׂלָם! אַקעֶגעֶן שִשִים רִבּוׂא בּעֶשטעֵהט עֶר אײֵנעֶר, — װיִ קעֶן איִך זײַן טוׂיט צוּקוּקעֶן?”

הײֵסט גאָט מיכאל׳ן: „געֵה בּרעֵנג דוּ משה׳ס נשמה”. עֶנטפעֶרט עֶר: „איִך בּיִן זײַן רֶבִּי געֶװעֶן אוּן עֶר מײַן תַּלְמִיד — װיִ קעֶן איִך זײַן טוׂיט צוּקוּקעֶן?”

זאָגט גאָט צוּ סמאל׳ן: „געֵה דוּ בּרעֵנג דיִ נְשָמָה פוּן משה”. האָט עֶר בּאַלד זיִך אָנגעֶקלײֵדעֶט מיִט צאָרן אוּן אָנגעֶגוּרט זײַן שװעֶרד, אוּן זיִך אײַנגעֶהיִלט איִן שרעֶקליִכעֶ רְצִיחָה — אוּן אַװעֶק צוּ משה׳ן. געֶפוּנט עֶר איִהם װיִ עֶר זיִצט אוּן שרײַבּט דעֶם שֵׁם־הַמְפוֹרָשׁ אוׂיף אַ מְגִילָה, אוּן זײַן פָּנִים ↰ 104 שײַנט װיִ דיִ ליִכטיִגעֶ זוּן, אוּן זײַן גאַנצעֶס אוׂיסזעֶהן איִז װיִ אַ מַלְאָך פוּן גאָט. האָט עֶר מוֹרָא פאַר איִהם בּעֶקוּמעֶן אוּן אַ ציִטעֶרניִש האָט איִהם אָנגעֶחאַפּט, אוּן האָט קײַן מוֹיל ניִשט געֶקעֶנט עֶפעֶנעֶן אַ װאָרט אוׂיסצוּרעֶדעֶן. בּיִז משה האָט זיִך צוּ איִהם אָנגעֶרוּפעֶן:

— רָשָׁע, װאָס בּעֶדאַרפסטוּ דאָ?

— דײַן נְשָמָה צוּ נעֶהמעֶן בּיִן איִך געֶקוּמעֶן.

— װעֶר האָט דיִך געֶשיִקט?

— דעֶר װאָס האָט אַלעֶ בְּרוּאִים אוׂיף דעֶר װעֶלט בּעֶשאַפעֶן.

— אַװעֶק פוּן דאַנעֶן, װײַל גאָט װיִל איִך לוׂיבּעֶן! „איִך װעֶל ניִשט שטאַרבּעֶן, נוּר לעֶבּעֶן, אוּן גאָט׳ס מַעֲשִׂים װעֶל איִך דעֶרצעֵהלעֶן”.

— „דיִ היִמלעֶן דעֶרצעֵהלעֶן דיִ עֶהרעֶ פוּן גאָט”.

— אַנשװיִגעֶן װעֵרעֶן װעֶל איִך זײֵ הײֵסעֶן אוּן איִך װעֶל איִהם לוׂיבּעֶן, — „העֶרט זיִך אײַן, היִמלעֶן, איִך װעֶל רעֵדעֶן, אוּן לאָז דיִ עֶרד אוׂיסהעֶרעֶן מײַנעֶ װעֶרטעֶר!”

— דיִ נְשָׁמָה פוּן אַלעֶ בְּרוּאִים אוׂיף דעֶר װעֶלט איִז איִן מײַן האַנד איִבּעֶרגעֶגעֶבּעֶן.

— מײַן כּוׂח איִז גרעֶסעֶר פוּן אַלעֶ בְּרוּאִים אוׂיף דעֶר װעֶלט.

— איִן װאָס בּעֶשטעֵהט אַזוׂינס דעֶר כּוׂח דײַנעֶר?

— איִך בּיִן עמרם׳ס זהוּן, װאָס האָבּ שוׂין איִן מײַנעֶ קיִנדעֶר־יאָהרעֶן איִן זיִך דעֶם געֶטליִכעֶן כּוׂח דעֶרשפּיִרט; אָהן מוׂרָא בּיִן איִך צוּם קעֶניִג איִן פּאַלאַץ אַרײַנגעֶגאַנגעֶן אוּן בּײַ איִהם פוּן קאָפּּ דיִ קרוׂין אַראָפּגעֶריִסעֶן... אוּן אַז איִך בּיִן אַכציִג יאָהר אַלט געֶװאָרעֶן האָבּ איִך איִן לאַנד מִצְרַיִם צײֵכעֶן אוּן װאוּנדעֶר בּעֶװיִזעֶן אוּן שִׁשִׁים רִבּוֹא פאַר דיִ אוׂיגעֶן פוּן אַלעֶ מִצְרִים אַרוׂיסגעֶפיִהרט, אוּן דעֶם יַם האָבּ איִך אוׂיף צװעֶלף שטיִקעֶר צוּשפּאָלטעֶן, אוּן אוׂיפ׳ן היִמעֶל בּיִן איִך אַרוׂיפגעֶגאַנגעֶן אוּן דאָרט אַ װעֶג אוׂיסגעֵטראָטעֶן, און מיִט מַלְאָכִים האָבּ איִך געֶשטריִטעֶן אוּן זײֵ מְנַצֵחַ געֶװעֶן, אוּן דיִ סוֹדוׂת זײֵעֶרעֶ דיִ מעֶנשעֶן מְגַלֶה געֶװעֶן, אוּן מיִט גאָט בָּרוּך־הוּא האָבּ איִך פָּנִים־אֶל־פָּנִים געֶרעֶדט, אוּן דיִ פײַעֶרדיִגעֶ תּוֹרָה פוּן זײַן האַנד מְקַבֵּל געֶװעֶן אוּן זיִ דעֶם פאָלק יִשְׂרָאֵל געֶלעֶרעֶנט, אוּן מיִט סִיחוֹן אוּן עוׂג, דיִ צװײֵ גִבּוֹרִים פוּן דיִ אוּמוׂת־הָעוׂלָם, האָבּ איִך מִלְחָמָה געֶהאַלטעֶן אוּן מיִט׳ן שטעֶקעֶן, װאָס איִן מײַן האַנד, זײֵ אוׂיף טוׂיט צוּקלאַפּט, אוּן אוׂיבּעֶן איִן היִמעֶל האָבּ איִך דיִ זוּן אוּן לְבָנָה אָפּגעֶשטעֶלט, — װעֶר נאָך צװיִשעֶן אַלעֶ בְּרוּאִים פוּן דעֶר װעֶלט ↰ 105 קעֶן דאָס אַלץ טהוּן ? אַװעֶק פוּן מיִר — מײַן נשמה װעֶל איִך דיִר ניִשט געֶבּעֶן!”

האָט סַמָאֵל זיִך אוּמגעֶקעֶהרט אוּן דעֶם אַלמעֶכטיִגעֶן גאָט עֶנטפעֶר געֶגעֶבּעֶן. זאָגט איִהם גאָט װיִדעֶר: „געֵה בּרעֵנג משה׳ס נשמה”.

האָט סמאל זײַן שװעֶרד פוּן שײֵדעֶל אַרוׂיסגעֶצוׂיגעֶן אוּן װיִדעֶר געֶקוּמעֶן אוּן זיִך פאַר משה געֶשטעֶלט. איִז משה אוׂיף איִהם איִן צאָרן געֶװאָרעֶן אוּן איִן זײַן האַנד געֶנוּמעֶן גאָט׳ס שטעֶקעֶן, אוׂיף װעֶלכעֵן דעֶר שֵׁם־הַמְפוׂרָש איִז אוׂיסגעֶקריִצט, אוּן געֶגעֶן סמאל מיִט זײַן גאַנצעֶר קראַפט אַרוׂיסגעֶטרעֶטעֶן, בּיִז יעֶנעֶר איִז פאַר איִהם אַנטלאָפעֶן, אוּן משה איִז איִהם מיִט׳ן שם־המפוׂרש נאָכגעֶלאָפעֶן, אוּן אַ שטראַהל פוּן זײַנעֶ אוׂיגעֶן האָט עֶר געֶװאָרפעֶן אוּן סמאל׳ס אוׂיגעֶן בּליִנד געֶמאַכט.

האָט זיִך אַ בַּת־קוׂל געֶלאָזט העֶרעֶן: „דיִ שָעָה איִז געֶקוּמעֶן, װאָס דוּ מוּזט פוּן דעֶר װעֶלט געֵהן”. זאָגט משה: „געֶדעֵנק מיִר יעֶנעֶם טאָג, װאָס דוּ האָסט זיִך מיִר דאָרט בּײַם סְנֶה בּעֶװיִזעֶן! געֶדעֵנק מיִר יעֶנעֶם טאָג, װאָס איִך בּיִן אוׂיפ׳ן בּאַרג סִינַי פיִערציִג טעֶג אוּן פיִערציִג נעֶכט געֶשטאַנעֶן! איִך בּעֵט דיִך, איִן דיִ העֶנד פוּנ׳ם מַלְאָך־הַמָוֶת זאָלסטוּ מיִך ניִשט איִבּעֶרגעֶבּעֶן!”

לאָזט זיִך װיִדעֶר אַ בַּת־קוׂל העֶרעֶן: „ניִט שרעֶק זיִך, איִך אַלײֵן װעֶל זיִך מיִט דיִר אוּן מיִט דײַן קְבוּרָה אָפּגעֶבּעֶן”.

זאָגט משה:

— װאַרט מיִר בּיִז איִך װעֶל בּעֶנשעֶן דיִ יוּדעֶן, װאָס האָבּעֶן אַלעֶ מײַנעֶ יאָהרעֶן פוּן מיִר קײֵן נַחַת געֶהאַט, צוּליִעבּ דעֶם װאָס ניִשט אוׂיפגעֶהעֶרט האָבּ איִך זײֵ צוּ װאָרנעֶן אוּן צוּ שטראָפעֶן.

האָט משה אָנגעֶהוׂיבּעֶן יעֶדעֶן שֵבֶט בּעֶזוּנדעֶר צוּ בּעֶנשעֶן. אַז עֶר האָט אָבּעֶר געֶזעֶהן, דאָס דיִ צײַט איִז קוּרץ, האָט עֶר זײֵ אַלעֶ איִן אײֵן בְּרָכָה פעֶראײֵניִגט, אוּן צוּם פאָלק יִשְׂרָאֵל אַזוׂי געֶזאָגט: „פיִעל האָבּ איִך אײַך מְצַעֵר געֶװעֶן צוּליִעבּ דעֶר תּוׂרָה אוּן דיִ מִצְווֹת, — איִצט זײַט מיִר מוׂחֵל!” זאָגעֶן זײֵ איִהם: „אוּנזעֶר רבּי אוּן אוּנזעֶר העֶר! אַלעֶס זעֶנעֶן מיִר דיִר מוׂחל”! אוּן דיִ יוּדעֶן זעֶנעֶן אוׂיך פאַר איִהם געֶשטאַנעֶן אוּן געֶזאָגט: „פיִעל האָבּעֶן מיִר דיִך דעֶרצאָרעֶנט אוּן פיִעל מיִה האָבּעֶן מיִר אוׂיף דיִר אַרוׂיפגעֶלעֶגט, — זײַ דוּ אוּנז מוׂחל?” עֶנטפעֶרט עֶר זײֵ: „איִך בּיִן אײַך מוׂחל!”

לאָזט זיִך העֶרעֶן אַ בַּת־קוׂל: „דיִ רֶגַע איִז געֶקוּמעֶן, װאָס דוּ מוּזט פוּן דעֶר װעֶלט געֶהן”. זאָגט עֶר: „געֶבּעֶנשט איִז דעֶר נאָמעֶן פוּן דעֶם װאָס לעֶבּט אײֵבּיִג!” אוּן צוּ דיִ יוּדעֶן װעֶנדט עֶר זיִך: „איִך בּעֵט אײַך, װעֶן איִהר װעֶט איִן ↰ 106 דעֶם לאַנד קוּמעֶן זאָלט איִהר מיִך אוּן דיִ בּײֵנעֶר מײַנעֶ געֶדײֵנקעֶן אוּן זאָגעֶן: „װעֵה צוּ עמרם׳ס זוּן, װאָס איִז װיִ אַ פעֶרד פאַר אוּנז געֶלאָפעֶן אוּן זײַנעֶ בּײֵנעֶר זעֶנעֶן איִן דעֶר מִדְבָּר געֶפאַלעֶן”.

לאָזט זיִך װיִדעֶר אַ בַּת־קוׂל העֶרעֶן: „דיִ האַלבּעֶ רֶגַע איִז געֶקוּמעֶן, װאָס דוּ מוּזט פוּן דעֶר װעֶלט געֵהן”. האָט עֶר זײַנעֶ צװײֵ אָרעֶם געֶנוּמעֶן אוּן זײֵ אוׂיפ׳ן האַרצעֶן געֶלעֶגט אוּן צוּ דיִ יוּדעֶן געֶזאָגט: „אָט זעֵהט דעֶם סוׂף פוּן אַ בָּשָׂר־וְדָם”...

נאָכדעֶם איִז משה אוׂיפגעֶשטאַנעֶן אוּן זיִך װיִ אַ מַלְאָך געֶהײֵליִגט. אוּן גאָט בָּרוּך־הוּא איִז פוּן דיִ הוׂיכעֶ היִמלעֶן אַראָפּגעֶגאַנגעֶן צוּ נעֶהמעֶן דיִ נְשָמָה פוּן משה, אוּן דרײַ מַלְאָכִים זעֶנעֶן מיִט איִהם געֶקוּמעֶן: מִיכָאֵל אוּן גַבְרִיאֵל אוּן זַגְזְגִאֵל — מיכאל האָט משה׳ס מִטָה אוׂיסגעֶבּעֶט, גבריאל האָט אַ לײַנעֶן־קלײֵד פעֶרשפּרײֵט צוּקאָפּעֶנס אוּן זגזגאל — צוּפוּסעֶנס. אוּן געֶשטאַנעֶן איִז מיכאל פוּן אײֵן זײַט אוּן גבריאל פוּן דעֶר אַנדעֶרעֶר זײַט. זאָגט גאָט צוּ משה : „משה, פעֶרמאַך דיִ אוׂיגעֶן!” — פעֶרמאַכט עֶר. — „לעֶג דיִ העֶנד דײַנעֶ אוׂיף דעֶר בּרוּסט” — לעֶגט עֶר. — „נעֶהם־צוּנוׂיף דיִ פיִס!” — נעֶהמט עֶר צוּנוׂיף.

אוּן גאָט בָּרוּך־הוּא האָט צוּ דעֶר נְשָמָה פוּן משה געֶרוּפעֶן אוּן אַזוׂי געֶזאָגט: „טאָכטעֶר מײַנעֶ, הוּנדעֶרט צװאַנציִג יאָהר האָבּ איִך דיִר איִן משה׳ס גוּף בּעֶשטעֶלט, איִצט איִז דײַן סוׂף געֶקוּמעֶן אַרוֹיסצוּגעֵהן. געֵה, ניִשט פעֶרזוׂים!”

עֶנטפעֶרט זיִ איִהם: „רִבּוׂנוׂ־שֶל־עוׂלָם, װײֵסעֶן װײֵס איִך, אַז דוּ בּיִזט דעֶר גאָט פוּן אַלעֶ גײַסטעֶר אוּן דעֶר העֶר פוּן אַלעֶ נְשָמוׂת; דוּ האָסט מיִך בּעֶשאַפעֶן אוּן דוּ האָסט מיִך איִן משה׳ס גוּף אַרײַנגעֶגעֶבּעֶן אוׂיף הוּנדעֶרט צװאַנציִג יאָהר. געֶפיִנט זיִך דעֶן איִצט אוׂיף דעֶר װעֶלט אַ מעֶהר רײֵנעֶר גוּף פוּן משה׳ס? ליִעבּ האָבּ איִך איִהם אוּן װעֶל פוּן איִהם ניִשט אַרוׂיסגעֶהן!” זאָגט איִהר גאָט: „געֵה־אַרוׂיס אוּן איִך װעֶל דיִך איִן דיִ הוׂיכעֶ היִמלעֶן אַרוׂיפנעֶהמעֶן אוּן אוּנטעֶר מײַן כִּסִא־הַכָּבוׂד זעֶצעֶן נעֶבּעֶן דיִ כְּרוּבִים אוּן שְׂרָפִים”.

אוּן גאָט בָּרוּך־הוּא האָט משה׳ן אַ קוּש געֶגעֶבּעֶן אוּן מיִט׳ן קוּש זײַן נְשָמָה געֶנוּמעֶן.




↤ 107

שׁוׂפְטִים ¹) אוּן מְלָכִים.
יִפְתָּח אוּן זײַן טאָכטעֶר.

יִפְתָּח איִז געֶװעֶן אַ פּראָסטעֶר נֶפֶשׁ, אַ צװײַג פוּן אַ גראָבּעֶן שׁוֹרֶשׁ, אוּן דעֶרפאַר איִז דוּרך איִהם זײַן טאָכטעֶר אוּמגעֶקוּמעֶן. אַװעֶקגעֶלאָזט זיִך איִן מִלְחָמָה מיִט דיִ בְּנֵי־עַמוׂן, האָט עֶר אַזאַ נֵדֶר געֶטהוּן: אוׂיבּ איִך װעֶל דעֶם פײַנד בּעֶזיִעגעֶן אוּן קוּמעֶן אַהײֵם בּשָׁלוׂם, איִז דאָס עֶרשטעֶ װאָס װעֶט מיִר פוּן מײַן הוׂיז אַקעֶגעֶנקוּמעֶן, בּרײֵגג איִך דאָס פאַר גאָט אַ קָרְבַּן. פאַר אַזאַ לײַכטזיִניִגקײַט איִז גאָט אוׂיף איִהם שטאַרק אוׂיפגעֶבּראַכט געֶװעֶן: װעֶר װײֵסט װאָס איִהם קעֶן אַקעֶגעֶן קוּמעֶן? אוּן צוּ זײַן גרוׂיסעֶן אוּמגליִק טאַקיִ איִז איִהם אַרוׂיס אַקעֶגעֶן זײַן טאָכטעֶר.

דעֶרזעֶהן זיִ, האָט יִפתּח אָנגעֶהוׂיבּעֶן בּיִטעֶר װײֵנעֶן:

— װעֵה איִז מיִר, טאָכטעֶר, דוּ האָסט מיִך ניִדעֶרשלאָגעֶן. אַ נדר געֶטהוּן האָבּ איִך אוּן קעֶן צוּריִק דאָס װאָרט ניִשט נעֶהמעֶן.

— פאָטעֶר געֶטרײַעֶר — זאָגט דיִ טאָכטעֶר — װאוּ איִז בּײַ יוּדעֶן אַזוׂינס געֶהעֶרט געֶװאָרעֶן, אַז אַ טאַטעֶ זאָל זײַן אוׂיגעֶן קיִנד פאַר אַ קרבן בּרעֵנגעֶן?

— װאָס העֶלפט עֶס, טאָכטעֶר? איִך האָבּ דאָך אַ נדר געֶטהוּן!

— טאַטעֶ — זאָגט װײַטעֶר דיִ טאָכטעֶר — איִז דעֶן אַזאַ נדר חַל ²) אוׂיף לעֶבּעֶדיִגעֶ מעֶנשעֶן? דעֶר עֶלטעֶר־זײֵדעֶ יעקב‎ האָט אוׂיך אַ נדר געֶטהוּן, אַז פוּן אַלעֶס װאָס גאָט װעֶט איִהם געֶבּעֶן װעֶט עֶר דעֶרפוּן גאָט מַעֲשֵׂר ³) געֶבּעֶן, אוּן גאָט האָט איִהם געֶשעֶנקט צװעֶלף זיִהן, האָט עֶר דעֶן אײֵנעֶם פוּן זײֵ פאַר גאָט מַקְרִיב געֶװעֶן?

אַלעֶ איִהרעֶ טַעֲנוֹת האָבּעֶן אָבּעֶר ניִשט געֶהאָלפעֶן, אוּן זיִ איִז יוּנג אוּן אוּנשוּלדיִג פוּן דעֶר װעֶלט געֶגאַנגעֶן.

¹) ריִכטעֶר, אַנפיִהרעֶר. ²) רוהט, פאַלט. ³) אַ צעֶהנטיִל.

↤ 108

אוּן אוׂיף דעֶם שרײַט אוּן בּעֶקלאָגט זיִך דיִ הײֵליִגעֶ שְׁכִינָה: „לעֶבּעֶדיִגעֶ נְפָשׁוׂת גאָר פאַר מיִר מַקְרִיב זײַן? װאוּ איִז דאָס געֶהעֶרט געֶװאָרעֶן? װעֶן איִז דאָס געֶזאָגט געֶװאָרעֶן? אוּן װעֶמעֶן האָט געֶקעֶנט אַזוׂינס גאָר אוׂיפ׳ן געֶדאַנק אוׂיפקוּמעֶן?”

אֶלְקָנָה אוּן חַנָה.

אֶלְקָנָה, שְׁמוּאֵל׳ס פאָטעֶר, האָט פעֶרדיִענט בּײַ גאָט אַזאַ זוּהן דוּרך דעֶם, װאָס מיִט זײַן אוׂיפפוּהריִנג האָט עֶר נאָך אַ מאָל צוּגעֶצוׂיגעֶן דיִ יוּדעֶן צוּ גאָט׳ס־הוׂיז איִן שטאָדט שִילה, פוּן װעֶלכעֶן זײֵ האָבּעֶן זיִך שוׂין לאַנג איִן דיִ טוּמלעֶנדיִגעֶ צײַטעֶן פוּן דיִ שׁוׂפְטִים אָפּגעֶריִסעֶן. פיִעֶר מאָל איִן יאָהר פלעֶגט עֶר עוֹלֶה־לְרֶגֶל ¹) זײַן קײַן שׁילה, װאוּ דעֶר הײֵליִגעֶר מִשְׁכָּן איִז געֶשטאַנעֶן, דרײַ מאָל װיִ דיִ תּוׂרה האָט געֶבּאָטעֶן, אוּן נאָך אַ פיִערט מאָל מיִט זײַן פרײַעֶן װיִלעֶן. אוּן אַלעֶ מאָל האָט עֶר מיִט זיִך געֶנוּמעֶן דיִ גאַנצעֶ מִשְׁפָּחָה: װײַבּ אוּן קיִנד, בּריִדעֶר אוּן שװעֶסטעֶר אוּן איִבּעֶריִגעֶ קרוֹבים. געֶקוּמעֶן איִן אַ שטאָדט האָט עֶר מיִט דעֶר גאַנצעֶר שַׁיָירָא ²) געֶנעֶכטיִגט איִן גאַס. האָט עֶס אוׂיפגעֶריִהרט אַלעֶ אײַנװאָהנעֶר, אוּן זײֵ האָבּעֶן געֶפרעֶגט: װאוּהיִן געֶהט מעֶן עֶס? עֶנטפעֶרעֶן יעֶנעֶ: „צוּ גאָט׳ס־הוׂיז איִן שילה, פוּן װאַנעֶן דיִ הײֵליִגעֶ לעֶהרעֵ שטאַמט, װאוּ מעֶ קעֶן גאָטס אַ װאָרט העֶרעֶן. אוׂיבּ איִהר װיִלט, קוּמט אוׂיך מיִט, װעֶלעֶן מיִר געֶהן צוּזאַמעֶך. חאַפּט־אָן אײֵניִגעֶ אַ בּײֵנקעֶניִש נאָך גאָט, טרעֶהרעֶן שטעֶלעֶן זיִך זײֵ איִן דיִ אוׂיגעֶן אוּן זאָגעֶן: „יאָ, מיִר געֶהן מיִט אײַך!”

געֶהעֶן־מיִט מיִט אלקנה׳ן אײֵן מאָל פוּנף הוׂיז־געֶזיִנדעֶן, דאָס צװײֵטעֶ מאָל — צעֶהן, אוּן אַזוׂי אַלעֶ מאָל מעֶהר — בּיִז דיִ גאַנצעֶ געֶגעֶנד געֶהט מיִט. אַלעֶ יאָהר בּײַט־אוּם אלקנה זײַן װעֶג אוּן געֶהט דוּרך אַ נײַעֶר געֶגעֶנד — אוּן עֶר האָט געֶבּראַכט דעֶרצוּ, אַז אַלעֶ יוּדעֶן האָבּעֶן װיִדעֶר אָנגעֶהוׂיבּעֶן בּעֶזוּכעֶן דעֶם מִשְׁכָּן.

— אלקנה — האָט איִהם גאָט געֶזאָגט — דוּרך דיִר זעֶנעֶן יוּדעֶן צוּגעֶצוׂיגעֶן געֶװאָרעֶן צוּם הײֵליִגעֶן הוׂיז אוּן צוּ דעֶר הײֵליִגעֶר תּוׂרה, פײַנעֶר אוּן אײֵדעֶלעֶר געֶװאָרעֶן, — דעֶרפאַר װעֶל איִך דיִר שעֵנקעֶן אַזאַ זוּהן, װאָס עֶר װעֶט אַ לעֶהרעֶר פאַר׳ן פאָלק זײַן, איִהם מַדְרִיך זײַן איִן גוּטעֶן װעֶג, אוּן זײַן גײַסט פײַנעֶר אוּן אײֵדעֶלעֶר מאַכעֶן.

¹) אוׂיף יוׂם טוֹב צוּפוּס געֶהן. ²) קאָמפּאַניִעֶ.

↤ 109

חַנָה, אֶלְקָנָה׳ס פרוׂי, איִז געֶװעֶן אַן עֲקָרָה ¹), פלעֶג איִהר דיִ נעֶבּעֶן־פרוׂי, פְּנִינָה, אָפט דעֶרמיִט שטעֶכיִג בּעֶלײֵדיִגעֶן: „זאָג נוּר, האָסטוּ שוׂין פעֶרזאָרגט דעֶם זוּהן דײַנעֶם מיִט אַ קאָפּ־טוּך, מיִט אַ העֶמדיִל, מיִט אַ מאַנטעֶל?” איִן דעֶר פריִה פלעֶג זיִ איִהר זאָגעֶן: „חנה, װאָס נעֶהמסטוּ שוׂין ניִשט אַרוּמװאַשעֶן דײַנעֶ קיִנדעֶרליִך, שוׂין צײַט איִן שוּלעֶ!” פאַרנאַכט פלעֶג זיִ איִהר זאָגעֶן: „חנה, פאַר װאָס געֶהסטוּ ניִשט אַרוׂיס בּעֶגעֶגנעֶן דײַנעֶ קיִנדעֶר, װאָס קוּמעֶן פוּן שׁוּלעֶ אַהײֵם”. בּײַם טיִש, װעֶן אֶלְקָנָה האָט געֶטהײֵלט יעֶדעֶן זײַן חֵלֶק, פלעֶג פְּנִינָה, אַלץ כְּדֵי חַנָה׳ן צוּ שטעֶכעֶן, אַלעֶ מאָל װײַזעֶן אוׂיף אַ אַנדעֶרעֶן פוּן איִהרעֶ קיִנדעֶר אוּן אַ זאָג געֶטהוּן: „אלקנה, פעֶרגעֶס ניִשט איִן דעֶם קיִנד, פעֶרטהײֵל ניִשט יעֶנעֶם”.

חנה איִז שטאַרק געֶװעֶן דעֶרפוּן געֶקרײֵנקט אוּן שטיִלעֶרהײֵד, װעֶן קײֵנעֶר האָט ניִשט געֶהעֶרט, האָט זיִ אוׂיסגעֶגאָסעֶן איִהר בּיִטעֶר האַרץ פאַר גאָט:

— רבּוׂנוׂ־של־עוׂלם, — האָט זיִ געֶ׳טַעֲנֶה׳ט — גאָט פוּן אַלעֶ העֶרשאַפטעֶן, שוׂין־זשעֶ זעֶהסטוּ ניִשט דאָס אַרמוּטה אוּן פּײַן פוּן דײַן דיִענעֶריִן? פוּן אַזוׂי פיִעל העֶרשאַפטעֶן, װאָס דוּ האָסט אוׂיף דײַן גרוׂיסעֶר װעֶלט בּעֶשאַפעֶן, שוׂין־זשעֶ פעֶרגיִנסטוּ מיִר ניִשט אַפִילוּ אײֵן קיִנד? אַ קעֶניִג װאָס מאַכט אַ רײַכעֶן מאָהלצײַט פאַר זײַן גאַנצעֶר מְדִינָה, ציִ פּאַסט עֶס אַז עֶר זאָל עֶנטזאָגעֶן דעֶם אײֵנציִגעֶן אָרוּמאַן, װאָס שטעֶהט בּײַ דעֶר טהיִר פוּנ׳ם פּאַלאַץ אוּן בּעֵט אַ קלײֵן שטיִקעֶל בּרוׂיט?

אוּן אַרוׂיפלעֶגעֶנדיִג דיִ העֶנד אוׂיף דיִ בּריִסטעֶן האָט זיִ װיִדעֶר געֶ׳טַעֲנֶה׳ט:

— רִבּוׂנוׂ־שֶל־עוׂלָם, אַלעֶס װאָס דוּ האָסט בּעֶשאַפעֶן איִן דעֶר פרוׂי האָט זיִך זײַן זיִן אוּן זײַן בּעֶשטיִמטעֶן ציִעל: אוׂיגעֶן צוּם זעֶהן, אוׂיעֶרעֶן צוּם העֶרעֶן, אַ נאָז צוּם שמעֶקעֶן, אַ מוׂיל צוּם רעֶדעֶן, העֶנד צוּם אַרבּײַטעֶן, פוּס צוּם געֶהן, בּריִסט צוּ קיִנדעֶר־זוׂיגעֶן, — אָט דיִ בּריִסטעֶן אָבּעֶר אוׂיף מײַן האַרצעֶן, זײֵ צוּ װאָס טוׂיגעֶן? װעֶמעֶן נוּטצעֶן זײֵ? בּאַריִמהאַרציִגעֶר גאָט, שעֵנק מיִר אַ קיִנד, לאָמיך שפּיִרעֶן מײַן בּרוּסט איִן זײַן קלײֵן מײַלכעֶל.

¹) קינדער־לאז.

שָׁאוּל.

בִּשְׁעַת גאָט האָט געֶזאָגט שָאוּל׳ן: „געֶה אוּן שלאָג עֲמָלֵק׳ן אוּן ניִשט ↰ 110 איִבּעֶרלאָזעֶן זאָלסטוּ קײַן לעֶבּעֶדיִגעֶן נֶפֶש” — האָט שָאוּל געֶזאָגט: אײֵבּ מעֶנשעֶן האָבּעֶן זיִך פעֶרזוּנדיִגט, פאַר װאָס קוּמט דיִ בְּהֵמוׂת בּעֶשטראָפט צוּ װעֶרעֶן, אוּן אוׂיבּ גרוׂיסעֶ זעֶנעֶן פעֶרשוּלדיִגט, פאַר װאָס קוּמט קיִנדעֶר צוּ לײַדעֶן? לאָזט זיִך העֶרעֶן אַ בַּת־קוׂל: „שָאוּל, זײַ ניִשט איִבּעֶריִג פרוּם”. אוּן װעֶן שָאוּל האָט שפּעֶטעֶר איִן אַ צײַט אַרוּם געֶהײֵסעֶן אוׂיס׳הַרְג׳נעֶן דיִ גאַנצעֶ כּוֹהֲנִים־שטאָדט נוֹב, איִז װיִדעֶר אַרוׂיס אַ בַּת־קוׂל: „שָאוּל, זײֵ ניִשט איִבּעֶריִג זיִנדיִג”.

און דאָס איִז שוׂין אַ שטעֶנדיִגעֶר כְּלַל: װעֶר ס׳איִז צוּפיִעל בַּעַל־רַחֲמִים אוׂיף אַכְזָרִים, װעֶרט עֶר צום סוֹף אַלײֵן אַ אַכזר אוׂיף בַּעֲלֵי־רַחֲמָניִם.

פאַר דעֶר לעֶצטעֶר מִלְחָמָה מיִט דיִ פְּלִשְתִּים האָט שָאוּל געֶהײֵסעֶן אוׂיפזוּכעֶן איִן לאַנד אַ צוׂיבּעֶריִן זיִ זאָל דעֶם סוֹף פוּן דעֶר מלחמה פאָראוׂיסזאָגעֶן. עֶס קוּמט אוׂיס װיִ יעֶנעֶר קעֶניִג, װאָס האָט ניִשט געֶקעֶנט איִבּעֶרטראָגעֶן דאָס קרײֵעֶן פוּן היִהנעֶר, האָט עֶר בּעֶפוׂילעֶן ס׳זאָל אַלעֶ העֶנעֶר בּיִז אײֵנעֶם אוׂיסשעֶכטעֶן. אײֵנמאָל, װעֶן עֶר האָט זיִך בּעֶדאַרפט אוׂיפהוׂיבּעֶן בּײַ נאַכט איִן װעֶג אַרײַן, גיִט עֶר אַ פרעֶג: געֶפונט זיִך דאָ ניִשט קײַן האָהן עֶר זאָל אוּנז אוׂיפדעֶקעֶן בּײַ נאַכט מיִט זײַן קרײֵעֶן? אַזוׂי האָט אוׂיך מיִט שאוּל׳ן פּאַסיִרט: עֶר אַלײֵן האָט אוּמגעֶבּראַכט איִן לאַנד אַלעֶ מִינֵי מְכַשְפִים, אוּן איִצט, װעֶן איִהם איִז עֶנג געֶװאָרעֶן, זוּכט עֶר אַ צוׂיבּעֶריִן.

דָוִד הַמֶלֶךְ.
I.
דָוִד דעֶר טרײַעֶר פּאַסטוּךְ.

פוּן דיִ שאָף אַרוׂיס האָט גאָט געֶנוּמעֶן דָוִד׳ן אַ פּאַסטוּך צוּ זײַן בּײַ׳ם יוּדיִשעֶן פאָלק. װיִל גאָט אוׂיפשטעֶלעֶן אַ פיִהרעֶר פאַר זײַן פאָלק, פּרוּבט עֶר פריִהעֶר אוׂיס זײַן געֶטרײַשאַפט אוׂיף שאָף. אַזוׂי איִז געֶװעֶן מיִט משֶׁה׳ן, אוּן אַזוׂי אוׂיך מיִט דָוִד׳ן.

דָוִד אַלס פאַסטוּך פלעֶג פיִטעֵרעֶן זײַנעֶ העֶרדעֶן שאָף אַזוׂי אוׂיסגעֶרעֶכעֶנט, אַז יעֶדעֶן פוּן זײֵ זאָל אָנקוּמעֶן אַזאַ פוּטעֶר װיִ פאַר איִהם איִז בּעֶסעֶר אוּן געֶזוּנדעֶר. צוּם אַלעֶס עֶרשטעֶן האָט עֶר אַרוׂיסגעֶפיִהרט גאָר דיִ יונגסטעֶ ↰ 111 אָהן־צײֵהניִגעֶ שעֶפעֶליִך, זײֵ זאָלעֶן אָפּעֶסעֶן דאָס אוֹבּעֶרשטעֶ פוּן גראָז, גאָר דאָס װײכסטעֶ אוּן דאָס גריִנגסטעֶ צוּם קײַעֶן, דעֶרנאָך — דיִ אַלטעֶ שװאַך־צײֵהניִגעֶ צאַפּעֶס, זײֵ זאָלעֶן געֶניִסעֶן פוּן דעֶר מיִט גראָז, נאָך אוׂיך געֶנוּג װײֵך. צוּם אַלעֶס לעֶצטעֶן — דיִ יוּנגעֶ דעֶרװאַקסעֶנעֶ שאָף, װאָס זײֵ מיִט זײֵעֶרעֶ פעֶסטעֶ צײֵהן קעֶנעֶן גריִזעֶן אוּן װעֶלעֶן פעֶרדײֵעֶן אוׂיך דאָס אוּנטעֶרשטעֶ האַרטעֶ גראָז, נאָהעֶנט בּײַם װאָרצעֶל.

דעֶרפאַר האָט איִהם גאָט געֶזאָגט: דעֶר װאָס קעֶן אַזוׂי טרײַ פּאַסעֶן זײַנעֶ שאָף, יעֶדעֶן נאָך זײַן כּוֹחַ — איִן זײַנעֶ העֶנד פעֶרטרוׂי איִך מײַנעֶ שאָף — מײַן פאָלק.

II.
דָוִד אוּן דעֶר בּוּפעֶל.

װעֶן דָוִד האָט אַרוּמגעֶפיִהרט זײַנעֶ שאָף איִן דעֶר מִדְבָּר, האָט עֶר זיִך אײֵנמאָל אָנגעֶשלאָגעֶן אוׂיף אַ אײַנגעֶשלאָפעֶנעֶם בּוּפעֶל. מײֵנט עֶר, אַז ס׳איִז אַ בּאַרג, לאָזט עֶר זיִך אוׂיף איִהם אַרוׂיף, זיִצט זיִך דאָרט פוּן אוֹיבּעֶן אוּן גיִט אַכטוּנג אוׂיף דיִ שאָף. װאַכט־אוׂיף דעֶר בּוּפעֶל אוּן גיִט זיִך אַ שטעֶל אוׂיף, בּלײַבּט דוד זיִצעֶן אוׂיף איִהם רײַטעֶנדיִג גאַנץ הוׂיך צװיִשעֶן זײַנעֶ העֶרנעֶר. פעֶרליִרט זיִך דוד אוּן װײֵסט ניִשט פאַר שרעֶק װאָס צוּ טהוּן. שיִקט אַהיִן גאָט אַ לײֵבּ, דעֶם קעֶניִג פוּן אַלעֶ חַיוׂת, דעֶרשרעֶקט זיִך דעֶר בּוּפעֶל אוּן קניִהט פאַר איִהם. בּלײַבּט דָוִד אַלײֵן פָּנִים אֶל פָּנִים מיִט׳ן ליִבּ. לוׂיפט דעֶרװײַל דוּרך אַ היִרש אוּן דעֶר לײֵבּ גיִט זיִך אַ װאָרף נאָך איִהם — שפּריִנגט דוד אַראָפּ פוּנ׳ם בּוּפעֶל אוּן פיִהרט־אַװעֶק פוּן דעֶם אָרט זײַנעֶ שאָף.

III.
חָכְמָה אוּן שִׁגָעוֹן.

דָוִד הַמֶלֶך האָט געֶזאָגט צוּם אוׂיבּעֶרשטעֶן:

— „װיִ גרוׂיס דיִ װעֶרק דײַנעֶ, אָ גאָט, מיִט חָכְמָה האָסטוּ אַלץ געֶמאַכט זײֵ — חכמה איִז דאָס בּעֶסטעֶ פוּן אַלץ, פאַרװאָס־זשעֶ האָסטוּ אוׂיך בּעֶשאַפעֶן דעֶם שִׁגָעוֹן אוׂיף דעֶר װעֶלט?

עֶנטפעֶרט גאָט: שׁגעוֹן װעֶט דיִר נאָך אוׂיך אַ מאָל צוּנוּץ קוּמעֶן.

שפּעֶטעֶר, אַז דָוִד איִז אַנטלאָפעֶן פוּן שָׁאוּל המלך, איִז עֶר געֶקוּמעֶן צוּ אָכִישׁ מֶלֶך גַת.

↤ 112

זאָגט איִהם גאָט: װאוּהיִן געֵהסטוּ? עֶרשט נעֶכטעֶן האָסטוּ גָלִיַת׳ן געֶ׳הַרְג׳עֶט, זײַן שװעֶרד איִז בּײַ דיִר איִן האַנד אוּן זײַן בּלוּט האָט נאָך ניִט אוׂיסגעֶטריִקעֶנט, איִצט געֵהסטוּ צוּ אָכִיש׳ן אוּן גלית׳עֶס בּריִדעֶר זעֶנעֶן זײַנעֶ לײַבּװעֶכטעֶר!

װיִ דוד איִז אַהיִן געֶקוּמעֶן, זאָגעֶן גלית׳עֶס בּריִדעֶר צוּ אָכיִש׳ן:

— טוׂיט איִהם, װיִ עֶר האָט געֶטוֹיט אוּנזעֶר בּריִדעֶר גלית׳ן.

עֶנטפעֶרט אָכיִש: עֶר האָט איִהם דאָך געֶטוׂיט איִן מלחמה, אוּן בּײֵדעֶ האָבּעֶן זיִך פעֶרװאָטעֶן, װעֶר װעֶמעֶן װעֶט בּײַקוּמעֶן.

— אוׂיבּ אַזוׂי — עֶנטפעֶרעֶן גלית׳עֶס בּריִדעֶר — נעֶהם אוּן טרעֶט איִהם אָפּ דײַן קעֶניִגס־שטוּל: אַזוׂי האָבּעֶן זײֵ דאָך אָפּגעֶמאַכט, — אוׂיבּ דוד נעֶהמט אײַן, דאַרפעֶן אַלעֶ פְּלִשְׁתִּים װעֶרעֶן זײַנעֶ קנעֶכט.

װיִ דוד האָט געֶזעֶהן, אַז אָכיִש װיִל זײֵ פאָלגעֶן, האָט עֶר געֶנוּמעֶן גאָט בּעֵטעֶן:

— רבּוׂנוׂ של עוׂלם, גיִבּ מיִר אַבּיִסעֶל יעֶנס ¹).

עֶנטפעֶרט גאָט: איִך האָבּ דאָך דיִר געֶזאָגט, אַז שגעוֹן האָט אוׂיך זײַן צײַט, װעֶן ס׳איִז נוּציִג פאַר קלוּגעֶ לײַט.

האָט זיִך דוד געֶמאַכט משוּגע אוּן געֶשריִבּעֶן מיִט קרײַד אוׂיף דיִ טיִהרעֶן: „אָכיִש איִז מיִר שוּלדיִג הוּנדעֶרט גיִלדעֶן, אוּן זײַן פרוׂי — פוּפציִג”.

אָכיִש׳ס פרוׂי מיִט דעֶר טאָכטעֶר זעֶנעֶן אוׂיך געֶװעֶן משוּגע, האָט זיִך דוד משוּגע געֶמאַכט איִן דרוׂיסעֶן אוּן זײֵ — איִנװעֶניִג, פוּן זײֵ אַלעֶמעֶן איִז אָכיִש אַלײֵן אוׂיך שיִער ניִט משוּגע געֶװאָרעֶן — אוּן האָט בּעֶפוׂילעֶן בּאַלד דוּרכטרײַבּעֶן דוד׳ן — אוּן אַזוׂי אַרוּם איִז דוד פוּנ׳ם טוׂיט געֶרעֶטעֶט געֵװאָרעֶן.

דאַמאָלס האָט דוד געֶזאָגט:

„איִך לוׂיבּ גאָט יעֶדעֶ צײַט!” — דיִ צײַט פוּן חָכְמָה אַל פוּן שִׁגָעוֹן.

IV.
האָרניִס ²) אוּן שפּיִן.

דָוִד הַמֶלֶך האָט אַמאָל געֶזעֶהן, װי אַ האָרניִס נאָגט אַ שפּיִן. זאָגט עֶר צוּ גאָט:

¹) שגעוֹן. ²) „אָסאַ”, אַזאַ מין פליִג, עֶהנליִך צוּ אַ בּיִהן, זיִ בּײַסט װיִ אַ בּיִהן, גיִט אָבּעֶר ניִט קײַן האָניִג.

— רִבּוׂנוׂ־שֶל־עוׂלָם! צוּ װאָס האָסטוּ בּעֶשאַפעֶן אַזעֶלכעֶ מִיאוּס׳עֶ ↰ 113 בְּרוּאִים אוׂיף דעֶר װעֶלט? דיִ האָרניִס פעֶרדאַרבּט דעֶר בּיִהנ׳ס האָניִג אוּן שטעֶכט נאָך דעֶרצוּ. דיִ שפּיִן העֶרט ניִשט אוׂיף צוּ װעֶבּעֶן, אוּן קײַן קלײֵד פוּן איִהר איִז ניִשט צוּ דעֶרלעֶבּעֶן.

עֶנטפעֶרט איִהם גאָט:

— שפּעֶט ניִשט פוּן מײַנעֶ בּעֶשעֶפעֶניִשׁעֶן! עֶס װעֶט קוּמעֶן אַ צײַט, װעֶן דוּ װעֶסט דאַרפעֶן צוּ זײֵ אָנקוּמעֶן.

שפּעֶטעֶר, אַז דָוִד איִז אַנטלאָפעֶן פוּן שָׁאוּל הַמֶלֶך אוּן זיִך בּעֶהאַלטעֶן איִן אַ הײֵל, האָט גאָט צוּגעֶשיִקט אַ שפּיִן אוּן זיִ האָט פעֶרצוׂיגעֶן איִהר שפּיִנװעֶבּס איִבּעֶר׳ן אַרײַנגאַנג פוּן הײֵל.

בּאַלד איִז שאוּל געֶקוּמעֶן אוּן געֶזעֶהן, װיִ דיִ הײֵל איִז פעֶרװעֶבּט. טראַכט עֶר זיִך: װעֵן דוד װאָלט געֶװעֶן אַרײַן איִן הײֵל, װאָלט עֶר דאָך דוּרכקריִכעֶנדיִג צוּריִסעֶן דאָס שפּיִנװעֶבּס, געֶװיִס איִז דאָרט קײֵנעֶר ניִטאָ.

איִז שאוּל אַװעֶק װײַטעֶר אוּן דוד איִז ניִצוּל געֶװאָרעֶן.

װיִ עֶר איִז אַרוׂיס פוּן הײֵל אוּן דעֶרזעֶהן דיִ שפּיִן, האָט עֶר זיִ געֶחאַפּט קוּשעֶן אוּן געֶזאָגט:

„געֶבּעֶנשט איִז דײַן בּעֶשעֶפעֶר אוּן געֶבּעֶנשט בּיִסטוּ”.

דעֶרנאָך, אַז דָוִד איִז געֶקוּמעֶן איִן שָאוּל׳ס לאַגעֶר, האָט עֶר געֶזעֶהן, װיִ שָאוּל שלאָפט איִן געֶצעֶלט אוּן אַלעֶ זײַנעֶ גִבּוֹרִים שלאָפעֶן איִן ראָד אַרוּם איִהם, אוּן אַבְנֵר ליִגט בּײַ דעֶר טיִר מיִט אוׂיפגעֶשטעֶלטעֶ פיִס, איִז דָוִד דוּרכגעֶקראָכעֶן צװיִשעֶן אַבנר׳ס קניִע אוּן צוּגעֶנוּמעֶן דאָס קריִגעֶל װאַסעֶר פוּן שאוּל׳ס צוּקאָפּעֶן אוּן געֶלאָזט זיִך געֵהן צוּריִק.

דעֶרװײַל האָט אַבנר אוׂיסגעֶצוׂיגעֶן דיִ פיִס אוּן דוד׳ן צוּגעֶדריִקט, װיִ מיִט אַ פּאָר שװעֶרעֶ בּאַלקעֶן.

איִז געֶקוּמעֶן אַ האָרניִס אוּן אַבנר׳ן אַ בּיִס געֶטהוּן איִן טריִט, האָט עֶר דיִ פיִס װיִדעֶר אוׂיפגעֶצוׂיגעֶן, אוּן דוד איִז אַרוׂיס פוּן אוּנטעֶר זײַנעֶ קניִע, אוּן װיִדעֶר גאָט געֶדאַנקט פאַר זײַנעֶ געֵטרײַעֶ בּעֶשעֶפעֶניִשעֶן.

דָוִד אוּן מִיכַל.

נאָכדעֶם װיִ דוד האָט זיִך בּעֶרוּהיִגט פוּן דיִ מִלְחָמוׂת, האָט עֶר מיִט גרוׂיס פּאַראַד איִבּעֶרגעֶפיִהרט דעֶם אָרוׂן מיִט דיִ לוּחוׂת איִן דעֶר נײַעֶר רעֶזיִדעֶץ יְרוּשָׁלַיִם. דאָס גאַנצעֶ פאָלק האָט בּעֶלײֵט דעֶם אָרוׂן, געֶשאָלט אוּן ↰ 114 געֶבּלאָזעֶן מיִט שוֹפְרוֹת אוּן טראָמפּעֶטעֶן אוּן געֶשפּיִעלט מיִט אַלעֶרלײֵ מוּזיִקאַליִשעֶ איִנסטרוּמעֶנטעֶן. דעֶר קעֶניִג אַלײֵן איִז געֶגאַנגעֶן פאָראוׂיס אָנגעֶטהוּן איִן גיִן־גאָלדעֶנעֶ קלײֵדעֶר, פרעֶהליִך געֶקלאַטשט מיִט דיִ העֶנד, אוּן בּרײֵט פוּנאַנדעֶרגעֶשפּרײֵט דיִ פּאָלעֶס פוּן זײַן קעֶניִג־מאַנטעֶל, האָט עֶר דעֶם גאַנצעֶן װעֶג פײַעֶרליִך געֶטאַנצט אוּן געֶזיִנגעֶן. בּײַ יעֶדעֶר בּעֶװעֶגוּנג האָבּעֶן זײַנעֶ גאָלדעֶנעֶ קלײֵדעֶר געֶפלאַטעֶרט, געֶשעֶמיִריִרט אוּן האַרמאָניִש צוּ׳ם טאַקט אַרוׂיסגעֶגעֶבּעֶן זיִס־ציִטרעֶנדעֶ קליִנגעֶן. איִן ירוּשליִם זעֵנעֶן אַלעֶ דעֶכעֶר אוּן פעֶנסטעֶר געֶװעֶן בּעֶדעֶקט מיִט פרוׂיעֶן אוּן קיִנדעֶר, װעֶלכעֶ זעֶנעֶן אַרוׂיס אוׂיף חִידוּשִים אָנצוּקוּקעֶן דיִ אָנגעֶקוּמעֶנעֶ פּראָצעֶסיִאָן מיִט׳ן קעֶניִג, װאָס טאַנצט אָהן אוׂיפהעֶר פאָראוׂיס.

מִיכַל, דעֶם קעֶניִג׳ס פרוׂי, איִז אוׂיך אַרוׂיס אַקעֶגעֶן. צוּגעֶזעֶהן דעֶם קעֶניִג׳ס אוׂיפפיִהרוּנג האָט עֶס איִהר שטאַרק געֶהאַרט, אוּן װעֶן דוד איִז דעֶרנאָך מיִט איִהר איִן פּאַלאַץ געֶקוּמעֶן, האָט זיִ געֶנוּמעֶן איִהם שטעֶכעֶן מיִט איִהרעֶ װעֶרטעֶר:

— אַך, װיִ שעֶהן, װיִ פײַן דאָס האָט אוׂיסגעֶזעֶהן! דעֶר יוּדיִשעֶר קעֶניִג האָט זיִך הײַנט זעֶהר שעֵהן אַרוׂיסגעֶװיִזעֶן פאַר אַלעֶ דיִענסטעֶן פוּן זײַנעֶ קנעֶכט. יאָ, עֶס פּאַסט טאַקיִ פאַר שָאוּל הַמֶלֶך׳ס אײֵדעֶם, אַ גלײַכעֶניִש! איִן אוּנזעֶר מִשְפָּחָה האָבּעֶן זיִך תָּמִיד אַלעֶ אוׂיסגעֶצײֵכעֶנט מיִט צְנִיעוּת, מיִט הײֵליִגקײַט. קײֵנמאָל האָט קײֵנעֶר בּײַ זײֵ ניִשט אַרוׂיסגעֶזעֶהן קײַן אײֵן עֵנטבּלוׂיסטעֶן פיִנגעֶר פוּן דיִ פיִס, אוּן דוּ האָסט בּרײֵט געֶעֶפעֶנט דיִ פאָלעֶס אוּן געֶװאָרפעֶן מיִט פיִס װיִ אַ גאַס־מעֶנש.

דוד האָט איִהר אוׂיף דעֶם געֶעֶנטפעֶרט מיִט שטאָלץ:

— פאַר װעֶמעֶן האָבּ איִך עֶס געֶטהוּן, אֶפְשַׁר פאַר אַ שטעֶרבּליִכעֶן קעֶניִג? געֶטהוּן האָבּ איִך עֶס לְכָּבוׂד גאָט, לְכָּבוׂד דעֶם קעֶניִג פוּן אַלעֶ קעֶניִגעֶן! דיִ לײַט פוּן דײַן משפּחה האָבּעֶן געֶשוינט זײֵעֶר אײֵגעֶנעֶם כּבוׂד אוּן פעֶרבּוֹיגעֶן גאָט׳ס כּבוׂד, איִך אָבּעֶר טהוּ פעֶרקעֶהרט: צוּליִעבּ גאָט לעֵג איִך אַװעֶק מײַן כָּבוׂד. אוּן מִכּוֹחַ דעֶם װאָס דוּ זאָגסט „דיִענסטעֶן” — נײֵן, ניִשט קײַן דיִענסטעֶן — „מאַמעֶס” זעֶנעֶן זײֵ, מאַמעֶס פוּן יוּדיִשעֶ קיִנדעֶר, איִך שטאָלציִר מיִט זײֵ!

אוּן װעֶגעֶן דעֶם האָט דָוִד געֶזיִנגעֶן איִן זײַן שִׁיר־הַמַעֲלוׂת:

— „גאָט, מײַן האַרץ האָט זיִך ניִשט געֶגרוׂיסט” — װעֶן שְמוּאֵל האָט מיִך פאַר אַ קעֶניִג געֶזאַלבּט. „אוּן מײַנעֶ אוׂיגעֶן האָבּעֶן זיִך ניִשט פעֶרריִסעֶן” — װעֶן איִך האָבּ גָלְיַת׳ן בּײַגעֶקוּמעֶן. „איִך האָבּ זיִך ניִשט שטאַרק איִבּעֶרגעֶנוּמעֶן” — ↰ 115 װעֶן דוּ האָסט מיִך צוּריִק אוׂיף מײַן שטוּהל אוּמגעֶקעֶהרט ¹). „אוּן זיִך ניִשט גרוׂיס געֶהאַלטעֶן” — װעֶן איִך האָבּ דײַן הײֵליִגעֶן אָרוׂן אוׂיף זײַן אָרט געֶבּראַכט. „װיִ אַ קלײֵן קיִנד פאַר זײַן מאַמעֶן האָבּ איִך זיִך געֶהאַלטעֶן פאַר דיִר” — איִך פאַל מיִט מײַן אוׂיפפיִהרוּגג בּײַ זיִך ניִשט אַראָפּ אוּן שעֶם זיִך מיִט דעֶם ניִשט, געֶטהוּן האָבּ איִך אַלס פוּן דײַן כָּבוׂד װעֶגעֶן.

VI.
דָוִד׳ס האַרפעֶ.

אַ האַרפעֶ איִז געֶהאַנגעֶן איִבּעֶר דָוִד הַמֶלֶך׳ס בּעֶט. אַלעֶ האַלבּעֶ נאַכט פלעֶגט קוּמעֶן אַ צָפוׂן־װיִנד אוּן שטיִל אַרײַנבּלאָזעֶן איִן דעֶר האַרפעֶ אוּן זיִ פלעֶגט אָנהוׂיבּעֶן אַלײֵן שפּיִעלעֶן. דאַמאָלס חאַפּט זיִך דוד אוׂיף אוּן שטעֶלט זיִך גאָט־לוׂיבּעֶן בּיִז פריִה־מאָרגעֶן.

איִן דעֶר פריִה קוּמעֶן דיִ חַכְמֵי־יִשְׂרָאֵל אוּן זאָגעֶן:

— אַדוֹנִי קעֶניִג, דײַן פאָלק יִשְׂרָאֵל דאַרף פַּרְנָסָה.

עֶנטפעֶרט עֶר זײֵ: געֵהט דעֶרנעֶהרט זיִך אײֵנעֶר פוּן צװײֵטעֶן.

עֶנטפעֶרעֶן זײֵ:

„דעֶר לײֵבּ װעֶרט ניִט זאַט פוּן אַ הוׂיפעֶן, דיִ גרוּבּ װעֶרט ניִט פוּל פוּן אײֵגעֶנעֶר זאַמד”.

זאָגט עֶר: געֵהט לאָזט זיִך מיִט דיִ חַיָלוֹת איִן שלאַכט־פעֶלד.

פלעֶגט מעֶן בּאַלד זיִך אַן עֵצָה האַלטעֶן מיִט דיִ אַחִיתּוֹפֶל׳ן, בּעֶראָטעֶן זיִך מיִט דיִ סַנְהֶדְרִין, פרעֶגעֶן דעֶם אוּרִים־וְתְּוּמִים אוּן אַרוׂיסגעֶהן אוׂיף מִלְחָמָה.

VII.
דָוִד אוּן יִשְׁבִּי.

גאָט האָט געֶזאָגט צוּ דוד׳ן: בּיִז װאַנעֶן װעֶסטוּ בּלײַבּעֶן ניִט בּעֶשטראָפט פאַר דײַן זיִנד? צוּליִעבּ דיִר האָט שָאוּל אוׂיסגעֶ׳הַרְג׳עֶט דיִ שטאָדט נוֹב מיִט אַלעֶ כּוֹהֲנִים, צוּליִעבּ דיִר איִז שאוּל מיִט אַלעֶ קיִנדעֶר אוּן קיִנדס־קיִנדעֶר אוּמגעֶקוּמעֶן. קלוׂיבּ דיִר אוׂיס אַ שטראָף: אָדעֶר אַלעֶ דײַנעֶ קיִנדעֶר זאָלעֶן אוּמקוּמעֶן, אָדעֶר דוּ אַלײֵן זאָלסט אַרײַנפאַלעֶן איִן שׂוׂנֵא׳ס האַנד.

¹) נאָך אַבשלוׂם׳ס אוׂיפשטאַנד.

↤ 116

עֶנטפעֶרט דוד: בּעֶסעֶר װעֶל איִך לײַדעֶן, אוּן מײַנעֶ קיִנדעֶר זאָל ניִט שאַדעֶן.

געֵהט אײֵנמאָל דוד אַרוׂיס איִן פעֶלד אוׂיף געֶיעֶג.

האָט זיִך דעֶר שָׂטָן פעֶרשטעֶלט פאַר אַ היִרש אוּן דוד האָט איִהם געֶיאָגט אוּן געֶיאָגט, בּיִז עֶר איִז אַרײַנגעֶלאָפעֶן איִן לאַנד פְּלִשְתִּים.

װיִ יִשְבִּי דעֶר גִבּוׂר פוּן פּלשתּים האָט איִהם דעֶרזעֶהן, האָט עֶר געֶזאָגט : אָט דעֶר האָט אוּנזעֶר גָלְיַת׳ן געֵ׳הַרְג׳עֶט, איִצט װעֶל איִך איִהם דעֶרפאַר בּעֵצאָהלעֶן. האָט יִשבּי געֶחאַפּט דוד׳ן אוּן געֶבּוּנדעֶן אוּן אַרוּנטעֶרגעֶדריִקט אוּנטעֶר׳ן בּאַלקעֶן פוּן אַײֵל־טרעֶטעֶר ¹). איִז געֶשעֶהן אַ נֵס אוּן דיִ עֶרד פוּן אוּנטעֶן איִז אַרײַנגעֶפאַלעֶן, אוּן דוד איִז געֶבּליִבּעֶן ליִגעֶן גאַנץ אוּנטעֶר׳ן בּאַלקעֶן.

דעֶר טאָג איִז געֶװעֶן עֶרֶב־שַבָּת אוּן אַבִישַי בֶּן צְרוּיָה, דעֶר עֶלטסטעֶר פוּן דוד׳ס גבּוׂרים, איִז געֶשטאַנעֶן אוּן געֶװאַשעֶן דעֶם קאָפּּ איִן פיִער טוּן ²) װאַסעֶר. פּלוּצלוּנג דעֶרזעֶהט עֶר אַ בּלוּט׳ס־טראָפּעֶן איִן װאַסעֶר. „אַ שלעֶכטעֶר סִימָן — טראַכט עֶר זיִך — װאָס זאָל דאָס בּעֶדײַטעֶן?, דעֶרװײַל קוּמט צוּפליִהעֶן אַ טוׂיבּ אוּן פאָכעֶט װיִ אַ פעֶרצװײַפעֶלטעֶ מיִט דיִ פליִגעֶל. בּאַלד האָט עֶר פעֶרשטאַנעֶן, אַז דָוִד הַמֶלֶך איִז איִן אַ סַכָּנָה ³).

קוּמט עֶר איִן דוד׳ס הוׂיז אוּן געֶפיִנט איִהם ניִט.

געֶהט עֶר צוּ דיִ חֲכָמִים פרעֶגעֶן אַ שַאֲלָה:

— לוׂיט דעֶם געֶזעֶץ טאָר קײֵנעֶר ניִט רײַטעֶן אוׂיפ׳ן סלך׳ס פעֶרד, ניִט זיִצעֶן אוׂיף זײַן שטוּהל, אוּן ניִט נוּצעֶן זײַן רוּט ⁴). װיִ איִז אָבּעֶר איִן אַ סכּנה?

עֶנטפעֶרעֶן דיִ חֲכָמִים: בִּשְעַת סַכָּנָה מעֶג מעֶן.

האָט עֶר זיִך געֶזעֶצט אוׂיף דוד׳ס מוׂיל־עֵזעֶל אוּן דיִ עֶרד איִז אוּנטעֶר איִהם אוּנטעֶרגעֶשפּרוּנגעֶן.

איִן װעֶג זעֶהט עֶר עָרְפָּה, יִשְבִּי׳ם מוּטעֶר, װיִ זיִ זיִצט אוּן שפּיִנט. נעֶהמט זיִ אוּן װאַרפט אוׂיף איִהם דאָס שפּיִנדעֶל אוּן װיִל איִהם שטעֶכעֶן. פאַלט דאָס שפּיִנדעֶל איִן אַ זײַט, זאָגט זיִ צוּ איִהם: בָּחוּר, דעֶרלאַנג מיִר דאָס שפּיִנדעֶל, גיִט עֶר איִהר אַ װאָרף אוּן טרעֶפט גלײַך איִן מוֹחַ — פאַלט זיִ טוׂיט.

¹) אַ מיִהל, װאוּ מעֶן קװעֶטשט בּוׂימעֶל פוּן אײֵלבּיִרטעֶן. ²) טאָנעֶן, אַ פאַס פוּן פעֶרציִג עֶמעֶר, אַזוׂי גרוׂיס איִז אַבִישַי געֶװעֶן. ³) געֶפאַהר. ⁴) סצעפּטעֶר, קעניִג׳ס שטאָק.

↤ 117

אַז יִשבּי האָט איִהם דעֶרזעֶהן, טראַכט עֶר זיִך: איִצט זעֶנעֶן זײֵ שוׂין איִן צװײֵעֶן, װעֶלעֶן זײֵ מיִך הַרְג׳נעֶן. זאָגט עֶר אַ שפּרוּך אוּן װאַרפט אַרוׂיף דוד׳ן איִן דעֶר לוּפטעֶן, דעֶרנאָך שטעֶקט עֶר אַרײַן דעֶם שפּיִז איִן דעֶר עֶרד מיִט׳ן שפּיִץ אַרוׂיף, דוד זאָל אוׂיף איִהם אַראָפּפאַלעֶן. האָט אַבִישַי געֶזאָגט אַ שֵׁם ¹) אוּן דוד איִז געֶבּליִבּעֶן שװעֶבּעֶן צװיִשעֶן עֶרד אוּן היִמעֶל.

דעֶרװײַל פרעֶגט אַבישי דוד׳ן: װיִ קוּמסטוּ אַהעֶר?

דעֶרצעֵהלט עֶר איִהם, װאָס גאָט האָט געֶזאָגט אוּן װאָס עֶר האָט געֶעֶנטפעֶרט.

זאָגט אַבישי: קעֶהר־אוּם דײַן געֶבּעֶט, װיִ זאָגט מעֶן דאָס:

„זאָלעֶן מײַנעֶ אײֵניִקליִך האַנדלעֶן מיִט שמאַטעֶס,
אַבּיִ ניִשט מיִר שאַט עֶס”.

זאָגט דוד: אוׂיבּ אַזוׂי, — העֶלף מיִר מיִט דײַן תְּפִלָה. אוּן אבישי האָט געֶזאָגט אַ שֵׁם אוּן איִהם אַראָפּגעֶנוּמעֶן. זעֶנעֶן זײֵ בּײֵדעֶ אַנטלאָפעֶן אוּן יִשבִּי האָט זײֵ נאָכגעֶיאָגט. רוּפט־אוׂיס אַבִישַי צוּ איִהם : געֵה נוּר פריִהעֶר אוּן גראָבּ־אוׂיס אַ קֵבֶר פאַר דײַן מוּטעֶר. װיִ ישבּי האָט עֶס דעֶרהעֶרט איִז בּײַ איִהם דעֶר כּוׂח אָפּגעֶנוּמעֶן געֶװאָרעֶן — אוּן אַבישי האָט איִהם געֶ׳הַרְג׳עֶט.

VIII.
דָוִד אוּן זײַן תְּהִלִים.

„רִבּוׂנוׂ־שֶל־עוׂלָם — האָט דָוִד מִתְפַּלֵל געֶװעֶן פאַר גאָט — לאָמיִך װאוׂינעֶן איִן דײַן צעֶלט אוׂיף אײֵבּיִגעֶ צײַטעֶן”,

דוד׳ס תְּפִלָה איִז מְקוּיָם געֶװאָרעֶן. עֶר לעֶבּט איִן גאָטס צעֶלט אײֵבּיִג. איִן אַלעֶ צײַטעֶן בּיִז הײַנטיִגעֶן טאָג לאָזעֶן זיִך העֶרעֶן איִן אַלעֶ שוּהלעֶן, איִן אַלעֶ בָּתֵּי־מדְרָשִים, דיִ הײֵליִגעֶ מִזְמורִים אוּן לוׂיבּ־געֶזאַנגעֶן פוּן דעֶם פּאַסטוּך, דעֶם קעֶניִג, דעֶר „זיִסטעֶר יוּדיִשעֶר זיִנגעֶר”.

אָפּגעֶזיִנגעֶן דעֶם לעֶצטעֶן מזמוֹר פוּן תְּהִלִים איִז דוד שטאַרק צוּפריִדעֶן מיִט זיִך אַרוׂיסגעֶגאַנגעֶן שפּאַציִרעֶן איִן פעֶלד בּײַ אַ טײַכעֶל. רבּוׂנוׂ־של־עוׂלם — האָט עֶר שטאָלץ אוׂיסגעֶרוּפעֶן — ציִ האָט נאָך עֶמיִצעֶר איִן דעֶר װעֶלט, אוׂיסעֶר מיִר, אַזוׂי פיִעל לוׂיבּ־־ליִעדעֶר פאַר דיִר געֶזיִנגעֶן?

— איִך! — האָט זיִך פוּנ׳ם טשעֶרעֶד אַרוׂיס געֶלאָזט העֶרעֶן אַ קװאַקעֶ פוּן אַ פראָש — נעֶהם זיִך, דוד, ניִשט איִבּעֶר, איִך זיִנג פאַר גאָט מעֶהר פוּן דיִר!

¹) גאָט׳ס נאָמעֶן, אַ שפּרוּך.

↤ 118

IX.
דָוִד׳ס טוׂיט.

דוד האָט געֶבּעֵטעֶן דעֶם אוׂיבּעֶרשטעֶן:

— רִבּוׂנוׂ־שֶל־עוׂלָם! זאָג מיִר, װעֶן װעֶל איִך שטאַרבּעֶן.

עֶנטפעֶרט גאָט: דאָס איִז מײַן גְזֵרָה, קײַן מעֶנש זאָל ניִט װיִסעֶן זײַן עֶנד ¹).

— זאָג מיִר חאָטש װעֶלכעֶן טאָג ?

— שַׁבָּת!

— בּעֶסעֶר זוּנטאָג.

— אוּנמעֶגליִך!

— פאַרװאָס?

— שבּת קוּמט שוׂין שלׂמה׳ס צײַט צוּ קעֶניִגעֶן אוּן אײֵן מלוּכה טאָר דיִ צװײֵטעֶ ניִט אָנריִהרעֶן אַפִילוּ אוׂיף אַ האָר.

— טאָ זאָל איִך שטאַרבּעֶן עֶרֶב שַבָּת.

— נײֵן! נאָך אײֵן טאָג, װאָס דוּ לעֶרנסט תּוׂרָה אוּן זאָגסט שִירָה איִז מיִר טײַעֶרעֶר, װיִ דיִ טוׂיזעֶנד קָרְבָּנוׂת, װאָס שלׂמה װעֶט מיִר אָפּפעֶרעֶן.

פוּן דעֶמאָלט אָן פלעֶגט דוד אַלעֶ שבּת זיִצעֶן אוּן לעֶרנעֶן אַ גאַנצעֶן טאָג, ניִט מַפְסִיק ²) געֶװעֶן אַ מיִנוּט.

דעֶם לעֶצטעֶן שבּת איִז דעֶר מַלְאָך־הַמָוֶת געֶשטאַנעֶן אוּן ניִט געֶקעֶנט צוּ איִהם צוּטרעֶטעֶן, װײַל עֶר האָט אַ רֶגַע ניִט מַפְסִיק געֶװעֶן. נעֶהמט דעֶר מלאָך־המות אוּן הוׂיבּט אָן צוּ רוׂישעֶן מיִט דיִ בּײֵמעֶר איִן גאָרטעֶן. איִז דוד אוׂיפגעֶשטאַנעֶן אוּן געֶגאַנגעֶן זעֶהן, װאָס רוׂישט דאָרט, — האָט זיִך אוּנטעֶר איִהם אַ טרעֶפּ צוּבּראָכעֶן אוּן עֶר איִז בּאַלד געֶשטאָרבּעֶן.

שְלֹמֹה הַמֶלֶך.
I.
שְׁלׂמׂה׳ס חָכְמָה.

גאָט האָט זיִך בּעֶװיִזעֶן צוּ שלמה׳ן אוּן געֶפרעֶגט: װאָס פעֶרלאַנגסטוּ איִך זאָל דיִר געֶבּעֶן?

— פעֶרשטאַנד — האָט איִהם שלמה געֶעֶנטפעֶרט.

¹) סוׂף, טוׂיט. ²) אוׂיפגעֶהעֶרט, איִנמיִטעֶן איִבּעֶרגעֶריִסעֶן.

↤ 119

בּײַ אַ קעֶניִג איִן הוׂיז איִז געֶװעֶן אַ געֶליִעבּטעֶר יוֹעֵץ. אײֵנמאָל זאָגט איִהם דעֶר קעֶניִג: דוּ קעֶנסט בּײַ מיִר פּוֹעֵל׳עֶן אַלעֶס װאָס דײַן האַרץ גליִסט.

טראַכט בּײַ זיִך דעֶר יוֹעֵץ: זאָל איִך בּעֵטעֶן גאָלד מיִט זיִלבּעֶר — װעֶט עֶר מיִר געֶבּעֶן. דיִמאַנטעֶן אוּן בּריִליִאַנטעֶן — װעֶט עֶר מיִר געֶבּעֶן. בּעֶסעֶר לאָמיִך בּעֵטעֶן בּײַ איִהם דיִ בַּת־מַלְכָּה פאַר אַ פרוׂי — אוּן איִן דעֶם געֵהט שוׂין אַלעֶס אַרײַן.

אַזוׂי האָט אוׂיך שלמה בּײַ גאָט ניִט קײַן פעֶרמעֶגעֶן געֶבּעֵטעֶן, ניִט קײַן גְבוּרָה, ניִט קײַן נִצָחוׂן אוׂיף דיִ שׂוׂנְאִים, נוּר חָכְמָה, דיִ היִמעֶלס־טאָכטעֶר — אַז זיִ איִז דאָ איִז אַלעֶס דאָ.

„אוּן שלמה איִז קליִגעֶר געֶװעֶן פוּן אַלעֶ מעֶנשעֶן” —

קעֶניִגעֶן האָבּעֶן פאַר איִהם געֶציִטעֶרט,
פעֶלקעֶר אוּן שטאַמעֶן איִהם שטײַעֶר געֶבּראַכט,
פיִש פוּן יַמִים, פוׂיגעֶל פוּן היִמעֶל
ציִהעֶן זיִך מַחְנוׂת־װײַז צוּ זײַן קיִק,
בְּהֵמוׂת אוּן חַיוׂת פוּן פעֶלדעֶר אוּן װעֶלדעֶר
שטעֵהעֶן אוּן בּעֵטעֶן זיִך: שֵחט אוּנז צוּ דײַן סְעוּדָה.
רײַך אוּן מעֶכטיִג, נַחְלָאוׂת מיִט גיִטעֶר,
גאָלד אוּן זיִלבּעֶר, אָהן שִיעוּר אוּן אָהן צאָהל.
עֶנטשײֵדט רעֶטעֶניִשעֶן, עֶנטדעֶקט פעֶרבּאָרגעֶניִשעֶן,
איִן טיִעפעֶ סוֹדוׂת דריִנגט־אײַן זײַן אוׂיג.
שׂוׂנְאִים אוּן פײַנד פעֶרװאַנדלעֶן זיִך איִן פרײַנד,
קעֶניִגעֶן חאַפּעֶן־אוׂיף מיִט אָפּשײַ זײַן בּעֶפעֵהל,
זײֵ שטעֶהעֶן אוּן גאַרעֶן אָנקוּקעֶן זײַן געֶזיִכט,
שליִנגעֶן מיִט דוּרשט זײַנעֶ קליִגעֶ װעֶרטעֶר.
איִן װײַטעֶ קעֶניִגרײַכעֶן טראָגט זיִך זײַן נאָמעֶן,
זײַן גרוׂיסעֶ מאַכט בּעֶװאוּנדעֶרעֶן חֲכָמִים.
פרוּם אוּן עֶהרליִך, קײַן שלעֶכטס אוּן קײַן בּעֵז,
װאַרהײַט אוּן געֶרעֶכטיִגקײַט ריִנגלעֶן־אוּם זײַן שטוּהל.
העֶרעֶן אוּן פיִרסטעֶן שיִקעֶן איִהם געֶרן
זיִהן אוּן טעֶכטעֶר פאַר קנעֶכט אוּן דיִענסטעֶן.
דעֶר גרוׂיסעֶר שליִסעֶל ליִגט בּײַ איִהם איִן האַנד,

↤ 120

אַלעֶ טוֹיעֶרעֶן פוּן חָכְמָה עֶפעֶנעֶן זיִך פאַר איִהם.
עֶר װײֵסט דיִ שפּראַך פוּן חַיוׂת אוּן עוֹפוֹת,
פעֶרשטעֵהט דעֶם געֶרוׂיש פוּן בּײֵמעֵר אוּן גראָזעֶן,
הערשעֶן איִן איִנדעֶן לוׂיפעֵן איִהם פאָראוׂיס,
לײֵבּעֶן אוּן טיִגרעֶן טראָגעֶן זײַן געֶװעֶהר.
II.
פּאָר־קאָפּ.

אַשְמְדַי דעֶר מֶלֶך פוּן אַלעֶ שֵׁדִים איִז אַ מאָל געֶקוּמעֶן צוּ שְלמה׳ן אוּן איִהם געֶפרעֶגט:

— דוּ בּיִסט עֶס דעֶר שלמה, װאָס מעֶ זאָגט אוׂיף דיִר, אַז דוּ בּיִסט קליִגעֶר פוּן גאָר דעֶר װעֶלט?

— איִך.

— אוּן דוּ װײֵסט אַלץ, װאָס טהוּט זיִך אוׂיף גאָר דעֶר װעֶלט?

— יאָ!

— װעֶל איִך דיִר װײַזעֶן אַ זאַך, װאָס דוּ האָסט קײֵנמאָל ניִט געֶזעֶהן.

— װײַז!

האָט אַשמדי אוׂיסגעֶשטרעֶקט זײַן האַנד בּיִז אוׂיף יעֶנעֶר זײַט עֶרד, איִן לאַנד תֵּבֵל, אוּן דעֶרלאַנגט פוּן דאָרט אַ מעֶנשעֶן מיִט צװײֵ קעֶפּ אוּן פיִעֶר אוׂיגעֶן. האָט זיִך שלמה זעֵהר דעֶרשראָקעֶן אוּן געֶהײֵסעֶן איִהם פעֶרשליִסעֶן איִן קאַמעֶר.

דעֶרנאָך שיִקט עֶר רוּפעֶן בְּנָיָהוּ בֶּן יְהוֹיָדָע אוּן פרעֶגט איִהם:

— װיִ מײֵנסטוּ, געֶפיִנעֶן זיִך מעֶנשעֶן אוּנטעֶר אוּנז אוׂיף יעֶנעֶר זײַט עֶרד?

— אַזוׂי װאָהר איִך לעֶבּ, אַדוֹני קעֶניִג, װיִ איִך װײֵס ניִט, נאָר געֶהעֶרט האָבּ איִך פוּן אַחיתּוֹפל׳ן, אַז ס׳איִז יאָ פאַרהאַן.

— אֶפְשַר װיִלסטוּ, איִך זאָל דיִר װײַזעֶן אַ מעֶנשעֶן פוּן דאָרטעֶן?

— װיִ קעֶנסטוּ עֶס טהוּן? דיִ עֶרד האַלט דאָך דיִ טיִעף אַ מְהלֵך ¹) פוּן פיִנף הוּנדעֶרט יאָהר.

האָט שלמה אַרוׂיסגעֶפיִהרט דעֶם צװײֵקעֶפּיִגעֶן מעֶנשעֶן פוּן קאַמעֶר אוּן איִהם בּעֶװיִזעֶן.

¹) אַ שטרעֶקעֶ צוּ געהן איִן פעֶרלוֹיף פוּן פיִנף הוּנדעֶרט יאָהר.

↤ 121

װיִ בְּנָיָהוּ האָט איִהם דעֶרזעֶהן, איִז עֶר געֶפאַלעֶן מיִט׳ן פָּנִים צוּ דעֶר עֶרד אוּן געֶמאַכט אַ בְּרָכָה „שֶהֶחֱיָינוּ”.

פרעֶגט שלמה דעֶם מעֶנשעֶן:

— װעֶר בּיִסטוּ?

— אַ מעֶנש פוּן קַיִן׳ס קיִנדעֶר.

— װיִ הײֵסט אײַעֶר לאַנד?

— תֵּבֵל!

— האָט איִהר אַ זוּן מיִט אַ לְבָנָה?

— יאָ!

— װיִ געֵהט אוׂיף דיִ זוּהן אוּן װיִ פעֶרגעֵהט זיִ?

— זיִ געֵהט אוׂיף איִן אײַעֶר מַעֲרָב־זײַט אוּן פעֶרגעֶהט איִן מִזְרָח־זײַט.

— װאָס טהוּט איִהר?

— מיִר אַרבּײַטעֶן עֶרד אוּן פיִטעֶרעֶן שאָף מיִט ריִנדעֶר.

— זעֶנט איִהר מִתְפַּלֵל?

— יאָ!

— װאָס איִז אײַעֶר תְּפִלָה.

— „אַך װיִ גרוׂיס זעֶנעֶן דײַנעֶ װעֶרק, גאָט, אַלעֶ האָסטוּ מיִט קליִגשאַפט געֶמאַכט!”

— װיִלסטוּ צוּריִק?

— טהוּ מיִר דיִ טוׂבה איִן קעֶהר מיִך אוּם אַ הײֵם.

האָט שלמה בּעֶפוׂילעֶן דעֶם אַשמדי, עֶר זאָל איִהם צוּריִקבּרעֵנגעֶן איִן זײַן לאַנד,

עֶנטפעֶרט דעֶר אַשמדי: דאָס װעֶל איִך אײֵבּיִג ניִשט קעֶנעֶן.

זאָגט שלמה צוּם מעֶנשעֶן: מעֶנש, בּלײַבּ דאָ, אוּן לעֶבּ מיִט אוּנז גלײַך.

האָט דאָס מעֶנשיִל אָנגעֶהוׂיבּעֶן צוּ אַקעֶרעֶן אוּן שנײַדעֶן אוּן איִז זעֵהר רײַך געֶװאָרעֶן.

דעֶרנאָך האָט עֶר חֲתוּנָה געֶהאַט מיִט אַן אָרעֶמעֶר יְתוֹמָה אוּן זיִ האָט איִהם געֶבּוׂירעֶן זיִבּעֶן זיִהן: זעֶקס געֶראָטעֶן איִן דעֶר מוּטעֶר אוּן דעֶר זיִבּעֶטעֶר — איִן פאָטעֶר, מיִט צװײֵ קעֶפּ אוּן פיִער אוׂיגעֶן.

אַז דאָס מעֶנשיִל איִז געֶשטאָרבּעֶן, האָבּעֶן זיִך דיִ זיִהן אָנגעֶהוׂיבּעֶן קריִגעֶן פאַר דעֶר ירוּשָה. דיִ זעֶקס זאָגעֶן: מיִר זעֶנעֶן זאַלבּעֶ־זיִבּעֶנט, דאַרף יעֶדעֶרעֶר נעֶהמעֶן אַ זיִבּעֶט־חֵלֶק יְרוּשָׁה, אוּן דאָס יוּנגעֶ מעֶנשיִל טַעֲנֶה׳ט: מעֶן דאַרף צוּטײֵלעֶן „קאָפּּ איִן קאָפּ” — קוּמט מיִר צװײֵ חֲלָקִים.

↤ 122

זעֶנעֶן זײֵ געֶגאַנגעֶן צוּ שלמה׳ן זיִך לאָדעֶן. רוּפט־צוּנוׂיף שלמה דיִ סַנְהֶדְרִין אוּן פרעֶגט זײֵ דעֶם דיִן — װײֵסעֶן זײֵ ניִט.

זאָגט שלמה: מאָרגעֶן זאָג איִך אוׂיס דעֶם פְּסַק ¹).

בּײַנאַכט האָט זיִך שלמה געֶשטעֵלט גאָט בּעֵטעֶן:

— רבּוׂנוׂ־של־עוׂלם! אַז דוּ האָסט מיִך איִן גִבְעוֹן געֶפרעֶגט: „װאָס פעֶרלאַנגסטוּ?” האָבּ איִך ניִט געֶבּעֵטעֶן קײֵן גאָלד אוּן זיִלבּעֶר, נוּר חָכְמָה האָבּ איִך געֶבּעֶטעֶן, איִך זאָל קעֶנעֶן רעֶכט מִשְׁפָּט׳עֶן דײַן פאָלק יִשְׂרָאֵל. איִצט דאַרף איִך משׁפּט׳עֶן אײֵנעֶם פוּן קַיִן׳ס קיִנדעֶר אוּן װײֵס ניִט װיִ צוּ פַּסְק׳נעֶן. דעֶרײַלכט מיִר דיִ אוׂיגעֶן, איִך זאָל אַרוׂיסטראָגעֶן אַ אֱמֶת׳עֶן פּסק!

עֶנטפעֶרט גאָט: מאָרגעֶן פריִה גיִבּ איִך דיִר אַרײַן חָכְמָה.

װיִ דעֶר מאָרגעֶן האָט אוׂיפגעֶשײַנט, רוּפט שלמה װיִדעֶר צוּנוׂיף דיִ סנהדרין, אוּן זאָגט זײֵ אַזוׂי: מעֶן דאַרף אוׂיספּרוּבעֶן, אוׂיבּ אײֵן קאָפּּ פיִהלט װאָס מעֶן טהוּט דעֶם צװײֵטעֶן — איִז עֶס אײֵן מעֶנש, אוׂיבּ ניִט — איִז עֶס צװײֵ.

הײֵסט עֶר בּרעֵנגעֶן זוּדיִגעֶ װאַסעֶר אוּן אַרוׂיפשפּריִצעֶן אוׂיף אײֵן קאָפּ.

הײֵבּט דעֶר צװײֵ־קעֶפּיִגעֶר אָן צוּ שרײַעֶן:

— אַדוֹנִי קעֶניִג, מיִר שטאַרבּעֶן, מיִר שטאַרבּעֶן!

האָבּעֶן אַלעֶ אַרוׂיסגעֶזעֵהן שלמה׳ס חכמה אוּן געֶבּליִבּעֶן פעֶרגאַפט.

III.
דעֶר מִשְׁפָּט מיִט דעֶר שלאַנג.

אײֵנעֶר איִז געֶגאַנגעֶן איִן פעֶלד אוּן געֶטראָגעֶן אַ קרוּג מיִלך. בּעֶגעֶגעֶנט איִהם אַ דאָרשטיִגעֶ שלאַנג אוּן בּעֵט אַ טרוּנק.

פרעֶגט עֶר זיִ:

— װאָס װעֶסטוּ מיִר בּעֶצאָהלעֶן פאַר דעֶר מיִלך?

— איִך װעֶל דיִר װײַזעֶן אַן אוׂצָר.

אַז דיִ שלאַנג האָט זיִך אָנגעֶטרוּנקעֶן זאָגט זיִ צוּם מעֶנשעֶן: בּוֹיג זיִך אָן אוּן הוׂיבּ־אוׂיף אָט דעֶם שטײֵן װעֶסטוּ אוּנטעֶן געֶפיִנעֶן דעֶם אוׂצָר.

װיִ דעֶר מעֶנש האָט זיִך אײַנגעֶבּוׂיגעֶן, קריִכט אַרוׂיף דיִ שלאַנג אוּן פעֶרװיִקעֶלט זיִך אַרוּם זײַן האַלז.

¹) רעֶדאָלוּציִעֶ, אוּרטײֵל.

↤ 123

שרײַט דעֶר מעֶנש: װאָס טהוּסטוּ?

עֶנטפעֶרט דיִ שלאַנג: דעֶרפאַר װאָס דוּ װיִלסט צוּנעֶהמעֶן מײַן גאַנץ פעֶרמעֶגעֶן, װיִל איִך דיִך דעֶרשטיִקעֶן.

זעֶנעֶן זײֵ אַװעֶק צוּ שלמה׳ן זיִך לאָדעֶן.

זאָגט שלמה צוּ דעֶר שלאַנג: קוׂדֶם קריִך אַראָפּ פוּן האַלז! װיִ בּאַלד דוּ קוּמסט צוּ בֵּית־דִין ¹), דאַרפסטוּ ניִט זײַן מעֶהר „מוּחְזָק”²) פוּן איִהם.

האָט דיִ שלאַנג געֶפאָלגט.

— איִצט לאָמיִך העֶרעֶן זײַנעֶ טַעְנוׂת!

זאָגט דיִ שלאַנג: איִך האָבּ רעֶכט אוׂיף דעֶם, גאָט אַלײֵן האָט מיִר געֶבּאָטעֶן: „זאָלסט בּײַסעֶן דעֶם מעֶנשעֶנס טריִט”.

— אוׂיבּ אַזוׂי — זאָגט שלמה צוּ דעֶם מעֶנשעֶן — האָט דיִר גאָט בּעֶפוׂילעֶן: „צוּזעֶץ איִהר דעֶם קאָפּ”.

האָט דעֶר מעֶנש אַזוׂי געֶטהוּן.

דעֶריִבּעֶר זאָגט דאָס שפּריִכװאָרט:

דעֶר בּעֶסטעֶר שלאַנג — צוּפּלעֶט דעֶם קאָפּ.

IV.
דעֶר מִשְׁפָּט מיִט דיִ דרײַ רײַזעֶנדעֶר.

דרײַ רײַזעֶנדעֶר, װאָס ס׳איִז זײֵ אוׂיסגעֶקוּמעֶן אוׂיף שַבָּת איִן מיִטעֶן װעֶג זיִך אָפּשטעֶלעֶן, האָבּעֶן עֶרֶב־שַבָּת איִנאײֵנעֶם בּעֶהאַלטעֶן זײֵעֶר געֶלד אוׂיף אײֵן פעֶרבּאָרגעֶן אָרט. געֶקוּמעֶן שבּת־צוּנאַכטס צוּ דעֶם אָרט — ניִטאָ דאָס געֶלד. איִז יעֶדעֶר פוּן זײֵ דעֶם אַנדעֶרעֶן חוֹשֵד, אַז יעֶנעֶר איִז דעֶר גַנָב. קוּמט מעֶן זיִך לאָדעֶן פאַר שלמה הַמֶלֶך. העֶרט שלמה המלך אוׂיס זײֵעֶרעֶ טַעְנוׂת אוּן הײֵסט זײֵ קוּמעֶן מאָרגעֶן פריִה.

איִן דעֶר פריִה, װעֶן זײֵ זעֶנעֶן װיִדעֶר פאַר׳ן געֶדיִכט געֶשטאַנעֶן, האָט זיִך שלמה המלך צוּ זײֵ געֶװעֶנדט מיִט דיִ װעֶרטעֶר:

— װיִ ס׳איִז צוּ דעֶרקעֶנעֶן איִן אײַך, זעֶנט איִהר מעֶנשעֶן נעֶניִטעֶ, ניִט קײַן לײֵדיִגעֶ, האָט אַ יְדִיעָה איִן הֲוַיוׂת־הָעוׂלָם ³) — װיִל איִך אײַך דעֶרצעֶהלעֶן אַ מַעֲשֶׂה, װאָס קעֶן זיִך אוׂיף דעֶר װעֶלט פּאַסיִרעֶן, אוּן אוׂיסהעֶרעֶן װעֶגעֶן דעֶם אײַעֶר מײֵנוּנג — ↰ 124 איִן אַ שטאָדט עֶרגיִץ, איִן אײֵן הוׂיף, האָבּעֶן צוּזאַמעֶן געֶװאוׂינט אַ יוּנג מײֵדיִל מיִט אַ יוּנגעֵן בָּחוּר. ליִעבּעֶן זײֵ זיִך שטאַרק. מאַכט זיִך אָבּעֶר, אַז זײֵ מוּזעֶן זיִך שײֵדעֶן. פעֶרבּיִנט מעֶן זיִך מיִט אַ שְבוּעָה, אַז אָהן אַ עֶרלוׂיבּעֶניִש פוּן דעֶם צװײֵטעֶן טאָר קײֵנעֶר פוּן זײֵ ניִט חֲתוּנָה האָבּעֶן. געֶדוׂיעֶרט אַ שטיִקעֶל צײַט אוּן דיִ עֶלטעֶרעֶן פוּנ׳ם מײֵדיִל פעֶר׳קְנַס׳עֶן זיִ פאַר אַ אַנדעֶרעֶן יוּנגעֶנמאַן. איִן דעֶר חוּפָּה־נאַכט, װעֶן דעֶר חָתָן איִז צוּ איִהר איִן ציִמעֶר אַרײַן, זאָגט זיִ איִהם: איִך װעֶל אַנדעֶרש דײַן פרוׂי ניִשט זײַן, סײַדעֶן איִך װעֶל אוׂיף דעֶם עֶרלוׂיבּעֶניִש בּעֶקוּמעֶן פוּן יעֶנעֶם אוּן יעֶנעֶם, מיִט װעֶלכעֶן איִך בּיִן פעֶרבּוּנדעֶן דוּרך אַ שְבוּעָה. לאָזט עֶר זיִ אָפּ. דעֶרנאָך קוּמט זיִ מיִט איִהר חָתָן צוּ יעֶנעֶם אוּן לעֶגט איִהם פאָר: נעֶהם בּײַ מיִר אַװעֶק גאָלד מיִט זיִלבּעֶר װיִפיִעל דוּ װיִלסט אַלײֵן אוּן בּוּנד מיִך אוׂיף פאַר מײַן מאַן. זאָגט יעֶנעֶר: „אַז דוּ האַלסט יאָ אַזוׂי װאָרט, בּעֶפרײַ איִך דיִך פוּן דעֶר שְבוּעָה מיִט מײַן גוּטעֶן װיִלעֶן אוּן נעֶהם פוּן דיִר גאָר ניִט. געֵהט אײַך בּשָלוׂם אַהײֵם אוּן לעֶבּט אײַך בּײֵדעֶ גליִקליִך, געֵהעֶן זײֵ צוּריִק אַהײֵם. אוׂיפ׳ן װעֶג בּעֶפאַלעֶן זײֵ רוׂיבּעֶר. נעֶהמט־צוּ דעֶר עֶלטסטעֶר פוּן דיִ רוׂיבּעֶר דאָס גאַנצעֶ געֶלד מיִט דעֶר כַּלָה אוּן װיִל איִהר גװאַלד־טהוּן. בּעֵט זיִ זיִך בּײַ׳ם אַלטעֶן רוׂיבּעֶר: „ריִהר מיִך ניִשט אָן בּיִז דוּ װעֶסט מיִך אוׂיסהעֶרעֶן”. דעֶרצעֶהלט זיִ איִהם אַלעֶס, װאָס מיִט איִהר איִז פאָרגעֶקוּמעֶן, אוּן לאָזט־אוׂיס מיִט דיִ װעֶרטעֶר: „הײַנט בּעֶרעֶכעֶן זיִך אַלײֵן, אוׂיבּ יעֶנעֶר, װאָס איִז נאָך גאָר יוּנג אוּן הײֵס־בּלוּטיִג, האָט זײַן יֵצֶר־הָרָע געֶבּראָכעֶן אוּן מיִך ניִשט בּעֶריִהרט, — בִּפְרַט אַזאַ זָקֵן װיִ דוּ. האָבּ גאָט איִן האַרצעֶן, נאַ דיִר אַװעֶק איִנגאַנצעֶן מײַן גאָלד אוּן זיִלבּעֶר אוּן לאָז מיִך אָפּ בּשָׁלוׂם מיִט מײַן מאַן אַהײֵם”. דעֶר אַלטעֶר, שטאַרק געֶריִהרט פוּן דיִ װעֶרטעֶר, האָט ניִשט געֶװאָלט בּײַ זײֵ קײַן זאַך נעֶהמעֶן אוּן זײֵ אָפּגעֶלאָזט פרײַ.

¹) געריִכט. ²) תּקיף, האַלטען בּײַ זיִך אַ בּעװאָרעניִש. ³) װעֶלט־זאַכען.

— איִצט — זאָגט שלמה צוּ דיִ רײַזעֶנדעֶר — װיִל איִך אוׂיסהעֶרעֶן אײַעֶר מײֵנוּנג, װעֶר פוּן זײֵ אַלעֶ פּעֶרזאָנעֶן פעֶרדיִענט דאָ אַ גרעֶסעֶרעֶן שְבַח ¹).

— נאָך מײַן מײֵנוּנג — זאָגט אײֵנעֶ — פעֶרדיִענט עֶס דיִ כּלה, װאָס האָט אַזוׂי פעֶסט דיִ שבוּעה געֶהאַלטעֶן.

— איִך מײֵן — זאָגט דעֶר צװיִטעֶר — אַז דעֶר גרעֶסטעֶר שבח קוּמט דעֶם מאַן, װאָס האָט געֶבּראָכעֶן זײַן תַּאֲוָה אוּן זיִ ניִשט בּעֶריִהרט.

— אוּן נאָך מײַן מײֵנוּנג גאָר — זאָגט דעֶר דריִטעֶר — האָט דעֶר רוׂיבּעֶר ↤ 125 בּעֶװיִזעֶן אַ גְבוּרָה מעֶהר פוּן זײֵ אַלעֶ: אַזאַ אוׂצָר מיִט גאָלד — אוּן אָפּגעֶגעֶבּעֶן צוּריִק!

¹) לוׂיבּ.

— אָט דעֶר איִז עֶס דעֶר גַנָב! — װײַזט־אָן שלמה המלך אוׂיפ׳ן דריִטעֶן, אוּן בּאַלד געֶהײֵסעֶן זיִך נעֶהמעֶן צוּ איִהם, בּיִז יעֶנעֶר האָט געֶמוּזט זיִך מוֹדֶה זײַן, װאוּ עֶר האָט דאָס געֶ׳גַנְב׳עֶטעֶ געֶלד בּעֶהאַלטעֶן.

V.
דיִ חָחְמָה פוּן מִצְרַיִם.

אַז שלמה האָט פעֶרקלעֶרט צוּ בּוׂיעֶן דעֶם בֵּית־הַמִקְדָש, האָט עֶר געֶשיִקט צוּ פַּרְעה נְכה דעֶם מֶלֶך פוּן מִצְרַיִם.

— שיִק מיִר קיִנסטלער־מײַסטעֶר אוּן איִך װעֶל זײֵ גוּט בּעֶלוׂינעֶן.

האָט פּרעה־נכה צוּנוׂיפגעֶרוּפעֶן אַלעֶ זײַנעֶ אַסטראָלאָגעֶן ¹) אוּן זײֵ געֶזאָגט:

— װײַזט מיִר אָן דיִ מעֶנשעֶן, װאָס דאַרפעֶן דאָס יאָהר שטאַרבּעֶן, װעֶל איִך זײֵ שיִקעֶן צוּ שלמה׳ן.

װיִ דיִ קיִנסטלער פוּן מצרים זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן צוּ שלמה׳ן, האָט עֶר דעֶרזעֶהן מיִט׳ן רוּחַ־הַקוׂדֶש ²), אַז זײֵ דאַרפעֶן דאָס יאָהר שטאַרבּעֶן, האָט עֶר זײֵ אָנגעֶטהוּן תַּכְרִיכִים אוּן אָפּגעֶשיִקט צוּריִק צוּ פּרעה׳ן מיִט אַ בּריִעף:

— אפשר פעֶהלט־אוׂיס פרעה׳ן אוׂיף קבוּרה־געֶלד פאַר זײַנעֶ מֵתִים, שיִק איִך זײֵ איִהם צוּריִק מיִט פאַרטיִגעֶ תּכריכים.

VI.
פַּרְעה׳ס טאָכטעֶר.

דיִ נאַכט װעֶן שלמה האָט פעֶרעֶנדיִגט דעֶם בִּנְיַן בֵּית־הַמִקְדָש האָט עֶר געֶפײַעֶרט דיִ חֲתוּנָה מיִט פַּרְעה׳ס טאָכטעֶר, אוּן דיִ צװײֵטעֶ שִׂמְחָה האָט מיִט איִהר גרוׂיס פּראַכט פעֶרדוּנקעֶלט דיִ שמחה פוּן חֲנוּכַּת־הַבַּית ³).

אַכציִג פעֶרשיִעדעֶנעֶ טעֶנץ האָט פּרעה׳ס טאָכטעֶר אוׂיסגעֶטאַנצט אוּנטעֶר אַכציִג פעֶרשיִעדעֶנעֶ נְגוּנִים אוּן אוׂיסגעֶטײַטשט: אַזוׂי זיִנגט מעֶן פאַר דעֶר עֲבוֹדָה־זָרָה, אַזוׂי — פאַר יעֶנעֶר. איִן דעֶר נאַכט האָט גאָט געֶזאָגט: ↰ 126 „איִבּעֶרדריִסיִג איִז מיִר געֶװאָרעֶן דיִ שטאָדט יְרוּשָלַיִם” — אוּן עֶר האָט פעֶרטראַכט זיִ חָרוּב צוּ מאַכעֶן.

¹) שטעֶרעֶן־זעֶהעֶר. ²) הײֵליִגעֶר גײַסט, נביאָה. ³) בּעֶנײַעֶן דאָס הוׂיז.

בּאַלד איִז גַבְרִיאֵל הַמַלְאָך אַראָפּ פוּן היִמעֶל אוּן אַרײַנגעֶשטעֶקט אַ שטאָק בּײַם בּרעֶג יַם, — האָט זיִך פוּן אוׂיבּעֶן פעֶרצוׂיגעֶן אַ זוּמפּ אוּן פעֶרװאָקסעֶן אַ האַלבּ איִנזעֶל מיִט גראָז. אוׂיף יעֶנעֶם אָרט איִז דיִ שטאָדט רוׂים ¹) אוׂיסגעֶבּוׂיט געֶװאָרעֶן.

אַ היִמעֶל־בּעֶט האָט פּרעה׳ס טאָכטעֶר געֶלאָזט מאַכעֶן פאַר שלמה׳ן בּעֶצוׂיגעֶן מיִט שטאָף פוּן בּלוׂי־היִמעֶל קאָליִר אוּן בּעֶזעֶצט מיִט בּריִליִאַנטעֶן, װאָס האָבּעֶן געֶפיִנקעֶלט װיִ שטעֶרעֶן.

אַז שלמה האָט זיִך אוׂיפגעֶחאַפּט איִן דעֶר פריִה, אוּן געֶזעֶהן איִבּעֶר זיִך דיִ שטעֶרעֶן פוּן היִמעֶל־בּעֶט, האָט עֶר געֶמײֵנט, ס׳איִז נאָך נאַכט — אוּן װיִדעֶר אײַנגעֶשלאָפעֶן מיִט דיִ שליִסלעֶן פוּן בֵּית־הַמִקְדָש צוּ קאָפּעֶן.

אוּן דיִ הוׂיף־לײַט האָבּעֶן ניִט געֶװאַגט איִהם געֵהן װעֶקעֶן, — בּיִז זײַן מוּטעֶר בַּת־שׁבע איִז געֶקוּמעֶן אוּן איִהם אוׂיסגעֶפּאַטשט מיִט איִהר פּאַנטאָפעֶל אוּן איִהם געֶשטראָפט מיִט האַרטעֶ רעֵד.

VII.
שְלׂמׂה׳ס שטוּל.

שלמה האָט געֶמאַכט אַ שטוּל פוּן עֶלפעֶנבּײֵן בּעֶדעֶקט מיִט גאָלד, בּעֶשאַפעֶן מיִט פּעֶריִל אוּן בּעֶזעֵצט מיִט טײַעֶרעֶ בּריִליאַנטעֶן פוּן אַלעֶרלײֵ קאָליִרעֶן: רוׂיטעֶ רוּבּיִנעֶן, בּלוׂיעֶ סאַפּיִרעֶן, לוׂיטעֶרעֶ בּריִליאַנטעֶן, גריִנעֶ סמאַראַגדעֶן אוּן אַנדעֶרעֶ טײַעֶרעֶ שטײֵנעֶר.

אוׂיף דעֶר עֶרשטעֶר טרעֶפּ ליִגט אַ גיִלדעֶנעֶר לײֵבּ אוּן אַנטקעֶגעֶן — אַ גיִלדעֶנעֶר אָקס; אוׂיף דעֶר צװײֵטעֶר טרעֶפּ — אַ גיִלדעֶנעֶר װאָלף אַנטקעֶנעֶן אַ שאָף, אוׂיף דעֶר דריִטעֶר — אַ לעֶמפּעֶרט אַנטקעֶגעֶן אַ ציִג, אוׂיף דעֶר פיִערטעֶר — אַ בּעֶר אַנטקעֶגעֶן אַ היִרש; אוׂיף דעֶר פיִנפטעֶר — אַן אָדלעֶר אַנטקעֶגעֶן אַ טוׂיבּ; אוׂיף דעֶר זעֶקסטעֶר — אַ שפּאַרבּעֶר אַנטקעֶגעֶן אַ שפּעֶרליִנג, אַלץ פוּן לוׂיטעֶר גאָלד.

אוׂיבּעֶן אוׂיפ׳ן קאָפּּ פוּן שטוּל שטעֵהט אַ גיִלדעֶנעֶ מְנוֹרָה מיִט אַלעֶם גרײֵטעֶן: לײַכטעֶר אוּן קנעֶפּ, צװעֶנגליִך אוּן פײַעֶר־שאַרעֶר, בּעֶכעֶר אוּן בּלוּמעֶן, אַלעֶס פוּן גאָלד. זיִבּעֶן רעֶהרעֶן געֶהעֶן־אַרוׂיס פוּן אײֵן זײַט „ אוּן אוׂיף זײֵ ↰ 127 אוׂיסגעֶשניִצט דיִ זיִבּעֶן אָבוׂת ¹) פוּן דעֶר װעֶלט: אָדָם, נחַ, שֵם, אַבְרָהָם, יִצְחָק, יַעֲקב אוּן אִיוֹב איִן מיִטעֶן; אוּן אוׂיף דעֶר אַנדעֶרעֶר זײַט מְנוֹרָה נאָך זיִבּעֶן גיִלדעֶנעֶ ריִהרעֶן, אוּן אוׂיף זײֵ אוׂיסגעֶשניִצט דיִ זיִבּעֶן חֲסִידִים ²) פוּן דעֶר װעֶלט: לֵוִי אוּן עַמְרָם, משֶה וְאַהֲרן, אֶלְדָר וּמֵידָר אוּן חוּר איִן מיִטעֶן.

¹) דוּרך װעלכער ירושלים איז דערנאך חרוב געװארען.

אוׂיף דעֶר מנוֹרה — אַ גיִלדעֶנעֶר קרוּג, אוּן אוּנטעֶן אַ גיִלדעֶנעֶר בּעֶקעֶן, בּײֵדעֶ — פוּל מיִט לוׂיטעֶרעֶן שֶמֶן־זַיִת ³), פוּן בּעֶקעֶן געֶהעֶן אַרוׂיס צװײֵ גיִלדעֶנעֶ זאַנגעֶן אוּן איִן דיִ זאַנגעֶן — צװײֵ קאַנאַלעֶן. אוׂיפ׳ן בּעֶקעֶן איִז אוׂיסגעֶשניִצט עֵלִי הַכּהֵן, אוׂיף דיִ זאַנגעֶן — זײַנעֶ צװײֵ זיִהן, חָפְנִי וּפִנְחָס, אוּן אוׂיף דיִ קאַנאַלעֶן — דיִ צװײֵ אַהרן׳ס קיִנדעֶר, נָדָב וַאֲבִיהוּא.

איִן בּײֵדעֶ זײַטעֶן שטוּל, רעֶכטס אוּן ליִנקס, שטעֶהעֶן צװײֵ גיִלדעֶנעֶ קאַטהעֶדעֶרעֶן ⁴), אײֵנעֶ פאַר׳ן כּהֵן גָדוׂל, דיִ צװײֵטעֶ פאַר׳ן סְגַן פוּן דיִ כּהֲנִים, אוּן אַרוּם שטוּל — נאָך זיִבּעֶציִג גיִלדעֶנעֶ קאַטהעֶדעֶרעֶן פאַר דיִ זיִבּעֶציִג זְקֵנִים — דיִ סַנְהֶדְרִין.

אוּן צװײֵ װאַסעֶר־טעֶכטעֶר ⁵), האַלבּ פיִש האַלבּ מעֶנש, זיִצעֶן בּײַ בּײֵדעֶ זײַטעֶן פוּן מֶלֶך, עֶר זאָל אוׂיף זײֵ אָנלעֶהנעֶן דעֶם קאָפּ.

אוּן פיִער אוּן צװאַנציִג גיִלדעֶנעֶ װײַנשטאָקעֶן, שטעֶהעֶן פוּן בּײֵדעֶ זײַטעֶן שטוּל אוּן בּעֶדעֶקעֶן דעֶם מֶלֶך מיִט דעֶר שאָטעֶן, אוּן אַרוּם שטוּל שטעֵהעֶן טײֵטעֶל־בּײֵמעֶר, בּעֶהאַנגעֶן מיִט װײַסעֶן לײַנעֶן, אוּן אוׂיף זײֵעֶרעֶ בּלעֶטעֶר־קרוׂינעֶן שטעֵהעֶן עֶלפעֶנבּײֵנעֶנעֶ פּאַװעֶס, אוּן צװײֵ גיִלדעֶנעֶ לײֵבּעֶן, איִנװעֵניִג אוׂיסגעֶהוׂילט ⁶) אוּן אָנגעֶפיִהלט מיִט בּשָׂמִים, שפּריִצעֶן געֶװיִרציִגעֶ רֵיחַוׂת, װעֶן שלמה המלך זעֶצט זיִך אוׂיפ׳ן שטוּל.

װיִ שלמה המלך פלעֶגט אַרוׂיף אוׂיף דיִ עֶרשטעֶ טרעֶפּ, — אַזוׂי האָט זיִך בּאַלד אָנגעֶהוׂיבּעֶן ריִהרעֶן דעֶר איִנװעֵניִגסטעֶר מעֶכאַניִזם ⁷). אַ ראָד גיִט זיִך אַ דרעֵה אוּן דעֶר לײֵבּ שטרעֶקט אוׂיס אַ פוּס פוּן אײֵן זײַט אוּן דעֶר אָקס — אַנטקעֶגעֶן, אוּן דעֶר מלך לעֶהנט זיִך אָן אוׂיף זיִ אוּן געֶהט־אַרוׂיף העֶכעֶר. אַזוׂי איִז געֶװעֶן בּײַ אַלעֶ טרעֶפּ. אוׂיבּעֶן האָט איִהם דעֶר אָדלעֶר געֶזעֶצט אוׂיפ׳ן שטוּל אוּן אָנגעֶטהוּן דיִ קרוׂין אוׂיפ׳ן קאָפּּ אוּן דיִ גיִלדעֶנעֶ טוׂיבּ איִז אַראָפּ פוּן זײַל צוּם אָרוׂן־קוֹדֶש, געֶנוּמעֶן אַ סֵפֶר־תּוׂרָה אוּן דעֶרלאַנגט שלמה׳ן איִן האַנד. אוּן דעֶר כּהן־גדוׂל מיִט דיִ זקנים שטעֶהעֶן־אוׂיף אוּן גיִבּעֶן־אָפּ שָלוׂם, דעֶרנאָך זעֶצעֶן זײֵ זיִך אוׂיף דיִ עֶרטעֶר אוּן הוׂיבּעֶן־אָן מִשְפָּט׳עֶן דאָס פאָלק יִשראל.

¹) פאָטער׳ס. ²) פרוּמע. ³) אָליִװען־אײֵל. ⁴) הוׂיכע שטוּלען. ⁵) רוּסאַלקעס. ⁶) פּוּסט. ⁷) מאַשיִנעריִע, רעדער־װערק. ↤ 128 שׁוׂפְטִים אוּן מְלָכִים.

אַ זיִלבּעֶרנעֶ שלאַנג איִז געֶװעֶן איִן מעֶכאַניִזם, צוּנוׂיפגעֶװיִקעֶלט, װיִ אַ פעֶרשרוׂיפטעֶ פעֶדעֶר ¹), אוּן װעֶן עֶס זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן פאַלשעֶ עֵדוּת, האָט זיִך בּאַלד דיִ שלאַנג צוּװיִקעֶלט אוּן אַלעֶ פעֶדעֶר פוּנאַנדעֶרגעֶלאָזט — האָבּעֶן אַלעֶ רעֶדעֶר אָנגעֶהוֹיבּעֶן זיִך דרעֵהעֶן אוּן דיִ חַיוׂת — רוׂישעֶן: די אָקסעֶן — מוּקעֶן, לײֵבּעֶן — שרײַעֶן, לעֶמפּעֶרטעֶן — שאַלעֶן, װעֶלף — הײַלעֶן, שעֶפּסעֵן — בּלעֶקעֶרצעֶן, ציִגעֶן — טרעֶלעֶן, בּעֶרעֶן — בּרוּמעֶן, היִרשעֶן — היִרזעֶן, טוׂיבּעֶן — טרוּקעֶן, שפּאַרבּעֶר — קראַקעֶן, שפּעֶרליִנגעֶן — פּיִפּסעֶן ²), פּאַװעֶס — לוׂיפעֶן אוּן אָדלעֶר — פליִהעֶן. פאַלט־אָן אוׂיף דיִ עֵדוּת אַ שרעֶק אוּן זײֵ זאָגעֶן דעֶם אֱמֶת.

פַּרְעה נְכה האָט דעֶם שטוּל געֶנוּמעֶן געֶפאַנגעֶן אוּן איִהם געֶבּראַכט קײַן מִצְרַיִם, אוּן אַז עֶר האָט געֶװאָלט זיִך זעֶצעֶן אוׂיפ׳ן שטוּל, האָט דעֶר לײֵבּ אוׂיסגעֶצוׂיגעֶן דעֶם רעֶכטעֶן פוּס אוּן איִהם געֶגעֶבּעֶן אַ קלאַפּּ איִן דיִך, — איִז עֶר געֶבּליִבּעֶן אַ היִנקעֶדיִגעֶר בּיִז׳ן טוׂיט.

אוּן אַז נְבוּכַדְנֶצַר הָרָשָע האָט חָרוּב געֶמאַכט דיִ שטאָדט ירוּשָלַיִם אוּן שפּעֶטעֶר מצריִם אוׂיך אײַנגעֶנוּמעֶן, האָט עֶר דעֶם שטוּל אַװעֶקגעֶפיִהרט איִן בָּבֶל אוּן געֶװאָלט זיִך זעֶצעֶן אוׂיף איִהם, — האָט איִהם דעֶר לײֵבּ אַראָפּגעֶװאָרפעֶן. אוּן אַז דָרְיָוֶש האָט אײַנגעֶנוּמעֶן בָּבֶל אוּן אַװעֶקגעֶפיִהרט דעֶם שטוּל איִן מָדַי, — האָט שוׂין קײֵנעֶר ניִט געֶװאַגט צוּ זעֶצעֶן זיִך אוׂיפ׳ן שטוּל. אוּן אַז אַלעֶקסאַנדר מוּקדוֹן האָט אײַנגעֶנוּמעֶן דיִ גאַנצעֶ װעֶלט, האָט עֶר דעֶם שטוּל צוּריִק אַװעֶקגעֶפיִהרט איִן מצריִם. אוּן אַז אַגִיפוֹנוֹס בֶּן אַנטִיוֹכוֹס האָט חָרוּב געֶמאַכט מצריִם האָט עֶר דעֶם שטוּל אָפּגעֶפיִהרט איִן אַ שיִף, איִז אַרוׂיסגעֶפאַלעֶן אַ פיִסעֶל אוּן געֶבּליִבּעֶן הײֵנגעֶן אוׂיף אַ גיִלדעֶנעֶר קײֵט. האָט עֶר אַראָפּגעֶבּראַכט קיִנסטלער פוּן גאָר דעֶר װעֶלט — אוּן קײֵנעֶר האָט ניִט געֶקעֶנט פעֶרריִכטעֶן, בּיִז אוׂיף הײַנטיִגעֶן טאָג.

VIII.
מַלְכַּת שְבָא.

אײֵנמאָל, װעֶן דעֶם מלך שלמה איִז געֶװעֶן אוׂיפגעֶלעֵגט אוׂיפ׳ן האַרצעֶן נאָך אַ גוּטעֶן כּוׂס װײַן, האָט עֶר פוּנאַנדעֶר געֶשיִקט שְלוּחִים איִן אַלעֶ לעֶנדעֶר אַרוּם אֶרֶץ־יִשְרָאֵל אוּן געֶלאָזט בּעֵטעֶן אַלעֶ מְלָכִים פוּן מִזְרָח אוּן מַעֲרָב זײֵ זאָלעֶן קוּמעֶן איִן זײַן פּאַלאַץ אוּן זעֶהן זײַן גרוׂיסקײַט,

¹) ספריִנזשיִנע. ²) קװיִטשעֶן.

↤ 129

דעֶרנאָך האָט עֶר בּעֶפוׂילעֶן מעֶן זאָל בּרעֵנגעֶן דָוִד המלך׳ס פיִדלעֶן אוּן ציִמבּלעֶן, פּוׂיקעֶן אוּן פלײֵטעֶן אוּן שפּיִעלעֶן פאַר זײֵ. אוּן נאָך האָט עֶר בּעֶפוׂילעֶן, מעֶן זאָל בּרעֵנגעֶן אַלעֶ בְּהֵמוׂת אוּן חַיוׂת, עוׂפוׂת אוּן שְרָצִים, שֵדִים אוּן רוּחוׂת, טײַװלעֶן אוּן שרײֵטעֶליִך, זײֵ זאָלעֶן פאַר איִהם טאַנצעֶן אוּן שפּריִנגעֶן. דיִ שרײַבּעֶר זיִצעֶן אוּן לײֵעֶנעֶן דיִ רײֵסטעֶר ¹), רוּפעֶן־אוׂיס יעֶדעֶן בּײַ זײַן נאָמעֶן, אוּן זײֵ פעֶרזאַמלעֶן זיִך אוּן קוּמעֶן אַלעֶ, ניִט געֶבּוּנדעֶן, ניִט געֶשמיִדט אוּן נישט געֶפיִהרט פוּן קײֵנעֶם.

האָט מעֶן דוּרכגעֶזוּכט אַלעֶ פוׂיגעֶל אוּן דעֶם אוׂיעֶר־האָן צװיִשעֶן זײֵ ניִט געֶפוּנעֶן, װעֶרט שלמה שטאַרק אוׂיפגעֶבּראַכט אוּן בּעֶפוׂילט, מעֶן זאָל איהם בּרעֵנגעֶן אוּן בּעֶשטראָפעֶן.

קוּמט דעֶר אוׂיעֶר־האָן אוּן זאָגט:

— אַדוֹני קעֶניִג! העֶר נאָר אוׂיס מײַנעֶ רעֵד, אוּן לאָזעֶן מײַנעֶ װעֶרטעֶר דיִר אַרײַן איִן אוׂיעֶר. שוׂין דרײַ חֳדָשִים אַז ס׳איִז מיִר אַרײַן איִן קאָפּּ אַ געֶדאַנק אוּן האָבּ אַלץ געֶװאָלט דעֶרגעֶהן אײֵן זאַך; קײַן בּרוׂיט האָבּ איִך ניִט געֶגעֶסעֶן, קײַן װאַסעֶר געֶטרוּנקעֶן, אוּן אַלץ בּײַ זיִך געֶטראַכט: איִך װעֶל פליִהעֶן־שװעֶבּעֶן איִבּעֶר גאָר דעֶר װעֶלט, אוּן זעֵהן ציִ איִז פאַרהאַן אַ לאַנד ציִ אַ קעֶניִגרײַך, װאָס איִז דיִר ניִט אוּנטעֶרטהעֶניִג אוּן פאָלגט ניִט דײַן געֶבּאָט. האָבּ איִך געֶפוּנעֶן אַ װײַטעֶ מְדִינָה מיִט דעֶר הוׂיפּט־שטאָדט קיִטוֹר איִן מִזְרַח לאַנד. איִהר זאַמד איִז טײַעֶרעֶר פוּן גאָלד, אוּן זיִלבּעֶר װאַלגעֶרט זיִך איִן דיִ גאַסעֶן װיִ מיִסט. אוּן בּײֵמעֶר װאַקסעֶן דאָרט פוּן אײֵבּיִגעֶ צײַטעֶן, געֶפלאַנצט נאָך איִן דיִ עֶרשטעֶ טעֶג, װעֶן דיִ װעֶלט איִז בּעֶשאַפעֶן געֶװאָרעֶן,. אוּן װאַסעֶר טריִנקעֶן זײֵ פוּן גַן־עֵדֶן קװאַל. פאַרהאַן דאָרט פיִעל חֲיָלוׂת ²), מיִט קרוׂינעֶן אוׂיף דיִ קעֶפּ, נאָר אָנציִהעֶן אַ בּוׂיגעֶן ³) קעֶנעֶן דיִ זיִט, אוּן װיִ צוּ פיִהרעֶן מלחמוׂת װײֵסעֶן זײֵ ניִט. אַ פרוׂי געֶװעֶלטיִגט איִבּעֶר זײֵ אוּן איִהר נאָמעֶן איִז מַלְכַּת־שְׁבָא. דעֶריִבּעֶר, אוׂיבּ דיִ זאַך װעֶט װאוׂילגעֶפעֶלעֶן דעֶם מֶלֶך מײַן העֶר, װעֶל איִך זיִך אָנטהוּן אַ כּוׂחַ, אוּן זיִך אַװעֶקלאָזעֶן איִן שטאָדט קיִטוֹר, איִן לאַנד שבא. זײֵעֶרעֶ מְלָכִים װעֵל איִך שמיִדעֶן איִן שלעֶסעֶר אוּן זײֵעֶרעֶ העֶרשעֶר איִן אײַזעֶרנעֶ קײֵטעֶן — אוּן בּרעֵנגעֶן זײֵ צוּ דיִר, אַדוֹני קעֶניִג.

אוּן דיִ זאַך איִז װאוׂילגעֶפעֶלעֶן איִן מלך׳ס אוׂיגעֶן. האָט עֶר געֶשיִקט רוּפעֶן דיִ קעֶניִגליִכעֶ שרײַבּעֶר, אוּן מ׳האָט אָנגעֶשריִבּעֶן אַ בּריִעף אוּן אָנגעֶבּוּנדעֶן איִן אוֹיעֶר־האָנ׳ם פליִגעֶל.

¹) צעֶטלעֶן. ²) מיִליִטעֶר. ³) צוּ שיִסעֶן מיט פײַלעֶן.

↤ 130

איִז אוׂיפגעֶשטאַנעֶן דעֶר אוׂיעֶר־האָן אוּן אַרוׂיפגעֶשװעֶבּט איִן דעֶר הוׂיך, אוּן אַרוּמגעֶדרעֵהט זיִך איִן דעֶר לוּפטעֶן אַרוּם אוּן אַרוּם, זעֶנעֶן אַלעֶ פוׂיגעֶל אַרײַן צוּ איִהם איִן ראָד אוּן זיִך צוּצוׂיגעֶן װײַט — דעֶר אוׂיעֶר־האָן פליִהט פאָראוׂיס אוּן אַלעֶ ציִהעֶן זיִך נאָך. אַזוׂי זעֶנעֶן זײֵ געֶפלוׂיגעֶן אוּן געֶפלוׂיגעֶן, בּיִז זײֵ זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן צוּ דעֶר שטאָדט קִיטוֹר איִן מְדִינָה שְבָא.

איִן דעֶר פריִה געֵהט אַרוׂיס דיִ מַלְכַּת־שְבָא זיִך בּוּקעֶן צוּ דעֶר זוּן אוּן זעֶהט, אַז ס׳איִז פּלוּצלוּנג געֶװאָרעֶן פיִנסטעֶר, װײַל דיִ פוׂיגעֶל האָבּעֶן מיִט זײֵעֶרעֶ פליִגעֶל פעֶרשטעֶלט דיִ שײַן, — האָט זיִ צוּריִסעֶן איִהרעֶ קלײֵדעֶר אוּן געֶבּליִבּעֶן שטעֵהן פעֶרװאוּנדעֶרט אוּן פעֶרקלעֶמט.

האָט זיִך דעֶר אוׂיעֶר־האָן אַראָפּגעֶלאָזעֶן צוּ איִהר, — דעֶרזעֶהט זיִ דעֶם בּריִעף העֶנגעֶן אוׂיף זײַנעֶ פליִגעֶל, בּוּנדט זיִ אָפּ דעֶם בּריִעף אוּן לײֵעֶנט:

„פוּן מיִר שלמה המלך.

שָלוׂם דיִר אוּן פריִעד צוּ דײַנעֶ העֶרעֶן!

זײַ װיִסעֶן, אַז דעֶר אוׂיבּעֶרשטעֶר האָט מיִך געֶמאַכט קעֶניִגעֶן אוׂיף אַלעֶ חַיוׂת פוּן פעֶלד אוּן פוׂיגעֶל אוּן היִמעֶל אוּן אוׂיף אַלעֶ שֵדִים, רוּחוֹת אוּן טײַװלעֶן, אוּן אַלעֶ מְלָכִים פוּן מִזְרָח אוּן מַעְרָב, צָפוׂן אוּן דָרוׂם קוּמעֶן געֶבּעֶן מיִר שָׁלוׂם.

אַצוּנד, אוׂיבּ דוּ װעֶסט װעֶלעֶן אוּן קוּמעֶן מיִך בּעֶגריִסעֶן, װעֶל איִך דיִר אָנטהוּן כָּבוׂד מעֶהר װיִ אַלעֶ מְלָכִים, װאָס זיִצעֶך בּײַ מיִר, אוּן אוׂיבּ דוּ װעֶסט ניִט װעֶלעֶן אַוּן ניִט קוּמעֶן מיִך בּעֶגריִסעֶן, — װעֵל איִך אוׂיף אײַך אָנשיִקעֶן מְלָכִים מיִט רײַטעֶר אוּן לעֶגיִאָנעֶן ¹). װעֶסטוּ פרעֶגעֶן: װעֶר זעֶנעֶן עֶס שלמה׳ס מְלָכִים מיִט רײַטעֶר אוּן לעֶגיִאָנעֶן? דיִ חַיוׂת פוּן פעֶלד — דאָס זעֶנעֶן דיִ מלכים, דיִ פוׂיגעֶל פוּן היִמעֶל — דאָס זעֶנעֶן דיִ רײַטעֶר, אוּן דיִ שֵדִים, רוּחוׂת אוּן טײַװלעֶן זעֶנעֶן דיִ לעֶגיִאָנעֶן. זײֵ װעֶלעֶן אײַך צוּשטיִקעֶן אוּן צוּװעֶרגעֶן איִן אײַעֶרעֶ הײַזעֶר אוׂיף דיִ בּעֵטעֶן, דיִ חַיוׂת װעֶלעֶן אײַך פעֶרצוּקעֶן אוּן צוּרײַסעֶן אוׂיפ׳ן פרײַעֶן פעֶלד, אוּן דיִ פוׂיגעֶל װעֶלעֶן אײַעֶר לײַבּ פּיִקעֶן אוּן אײַעֶר פלײֵש עֶסעֶן”.

אַז דיִ מַלְכַּת־שְבָא האָט איִבּעֶרגעֶלײֵעֶנט דעֶם בּריִעף, האָט זיִ װיִדעֶר צוּריִסעֶן דיִ קלײֵדעֶר אוּן געֶלאָזט רוּפעֶן איִהרעֶ עֶלטסטעֶ העֶרעֶן אוּן ראָטהגעֶבּעֶר אוּן געֶפרעֶגט:

— ציִ װײֵסט איִהר ניִט, װאָס פעֶרלאַנגט פוּן מיִר שלמה המלך?

¹) מיִליִטעֶר.

↤ 131

עֶנטפעֶרעֶן זײֵ: מיִר װיִסעֶן ניִט פוּן שלמה המלך אוּן שעֶצעֶן ניִט זײַן מְלוּכָה.

נאָר זיִ האָט זײֵעֶרעֶ רעֵד ניִט געֶהעֶרט אוּן דעֶר ראָטה ניִט געֶפאָלגט. האָט זיִ געֶשיִקט רוּפעֶן אַלעֶ שיִפס־קאַפּיִטאַנעֶן אוּן זעֶגעֶלמײַסטעֶר, אוּן געֶלאָזט אָנלאָדעֶן פוּלעֶ שיִפעֶן מיִט פּיִמסעֶן־האָלץ אוּן קאָראַלעֶן, פּעֶרעֶל אוּן בּריִליִאַנטעֶן, אוּן געֶשיִקט האָט זיִ שלמה׳ן זעֶקס טוׂיזעֶנד יוּנגליִך מיִט זעֶקס טוׂיזעֶנד מײֵדליִך, אַלעֶ — געֶבּוׂירעֶן איִן אײֵן טאָג, איִן אײֵן שָעָה, אַלעֶ פוּן אײֵן הוׂיך, אײֵן װאוּקס, אוּן אַלעֶ אָנגעֶטהוּן גלײַך איִן פּוּרפּוּר־װאָהל.

אוּן אַ בּריִעף האָט זיִ זײֵ מיִטגעֶגעֶבּעֶן צוּ שלמה׳ן:

„פוּן דעֶר שטאָדט קִיטוֹר קײַן אֶרֶץ־יִשְרָאֵל איִז אַ מְהַלֵך פוּן זיִבּעֶן יאָהר, אוּן איִך פעֶרלאַנג צו קוּמעֶן איִן דרײַ יאָהר צײַט”.

איִן דרײַ יאָהר אַרוּם איִז זיִ געֶקוּמעֶן, אוּן שלמה האָט בּעֶפוׂילעֶן, אַז אַרוׂיס אַנטקעֶגעֶן אוּן בּעֶגעֶגעֶנעֶן זיִ זאָל בְּנָיָהוּ בֶּן יְהוֹיָדָע, װאָס איִז גלײַך צוּם מאָרגעֶן־רוׂיט, װאָס שײַנט־אוׂיף איִן דעֶר פריִה, אוּן צוּם שטעֶרעֶן נוֹגַה, װאָס פיִנקעֶלט צװיִשעֶן אַלעֶ שטעֶרעֶן אוּן צוּ אַ רוׂיז בּײַ׳ם טײַך װאַסעֶר.

װיִ זיִ האָט איִהם דעֶרזעֶהן, איִז זיִ אַראָפּ פוּן איִהר רײַטװאָגעֶן, װײַל זיִ האָט געֶמײֵנט, אַז דאָס איִז שלמה אַלײֵן.

זאָגט בּניהוּ: איִך בּיִן ניִט שלמה, נאָר אײֵנעֶר פוּן זײַנעֶ דיִענעֶר.

װעֶנדט זיִ זיִך צוּ איִהרעֶ העֶרעֶן אוּן זאָגט זײֵ אַ שפּריִכװאָרט:

„האָט איִהר ניִט געֶזעֶהן דעֶם לײֵבּ, — זעֶהט זײַן לאַגעֶר־אָרט; האָט איִהר דעֶם מלך שלמה ניִט געֶזעֶהן — קוּקט־אָן זײַן שעֵהנעֶם בּעֶדיִענעֶר”.

אוּן בּניהוּ האָט זיִ געֶבּראַכט צוּ שלמה׳ן איִן גלעֵזעֶרנעֶם פּאַלאַץ, האָט זיִ געֶמײֵנט, אַז עֶר זיִצט איִן װאַסעֶר אוּן זיִך דעֶרשראָקעֶן אוּן אוׂיפגעֶטהוּן דיִ שיִך.

דעֶרנאָך פרעֶגט זיִ דעֶם מלך שלמה אַ רעֶטעֶניִש:

פוּן דעֶר עֶרד קריִכט עֶר אַרוׂיס,
װיִ װאַסעֶר גיִסט עֶר זיִך אוׂיס,
אוּן פוּלט־אָן דאָס גאַנצעֶ הוׂיז.

עֶנטפעֶרט עֶר: נאַפט ¹).

¹) נאפט פיִלט אָן דעֶם הוׂיז מיט ליִכטיִגקײַט.

↤ 132

פרעֶגט זיִ נאָך אַ רעֶטעֶניִש:

װיִ עֶס גיִט אַ בּלאָז אַ װיִנד,
בּוֹיגט עֶר אײַן דעֶם קאָפּּ געֶשװיִנד,
אוּן יאָמעֶרט מיִט אַ קלאָג;
פאַר רײַכעֶ — אַ פּוּץ, פאַר אָרעֶמעֶ — אַ נוּץ;
פאַר לעֶבּעֶדיִגעֶ — אַ סוׂף, פאַר טוׂיטעֶ — אַ שטראָף;
פאַר פוׂיגעֶל — אַ פרײֵד, פאַר פיִש — אַ פּלאָג.

עֶנטפעֶרט עֶר: לײַן ¹)!

װיִל זיִ איִהם נאָך אוׂיספּרוּבעֶן אוּן זאָגט:

— דעֶרקעֶן, װעֶלכעֶ פוּן דיִ קיִנדעֶר װאָס איִך האָבּ דיִר געֶשיִקט זעֶנעֶן יוּנגליִך, אוּן װעֶלכעֶ — מײֵדליִך.

הײֵטט עֶר בּרעֵנגעֶן ניִס מיִט געֶבּרעֶנטעֶ זאַנגעֶן אוּן װאַרפעֶן פאַר זײֵ. דיִ יוּנגליִך האָבּעֶן אוׂיפגעֶהוׂיבּעֶן דיִ פּאָלעֶס, אוּן דיִ מײֵדליִך זעֶנעֶן פוּן נאַטוּר שעֶמעֶנדיִג — האָבּעֶן זײֵ אוׂיסגעֶשטרעֶקט דיִ קאָפּ־טיִכלעֶך.

האָט עֶר אָנגעֶװיִזעֶן אוּן געֶטראָפעֶן.

זאָגט דיִ מלכּת שבא:

— איִצט זעֶה איִך מיִט מײַנעֶ אוׂיגעֶן, װיִ גרוׂיס דײַן חכמה איִז.

אוּן זיִ האָט געֶשאָנקעֶן דעֶם מלך טײַעֶרעֶ מַתָּנוׂת אוּן עֶר האָט איִהר אוׂיך געֶגעֶבּעֶן „אַלץ װאָס זיִ האָט פעֶרלאַנגט”.

IX.
שׁלמׂה המלךְ׳ס אָדלעֶר.

אַ גרוׂיסעֶן אָדלעֶר האָט שלמה געֶהאַט אוּן װעֶן עֶר האָט געֶװאָלט בּעֶזוּכעֶן דיִ שטאָדט תַּדְמוּר איִן דעֶר מִדְבָּר האָט עֶר זיִך אוׂיף איִהם אַװעֶקגעֶלאָזט רײַטעֶנדיִג אוּן געֶקוּמעֶן איִן אײֵן טאָג.

¹) אַז דער לײַן װאַקסט אוּן דער װיִנד בּלאָזט — רוׂישען דיִ שטענגליִך אוּן דיִ קעֶפּליִך בּוׂיגען זיִך פוּן פלאַקס װעבּט מעֶן פײַנעֶ לײַנען פאַר רײַכע אוּן גראָבּען שטאַרקען לײַװאַנד פאַר אָרעמע. דער סוׂף פוּן יעדעֶן מענשען איִז — דיִ תּכריִכיִם. אַז מען בּעשטראָפט אַ פערבּרעכער — הענגט מען איִהם אוׂיף אַ שטריק פוּן פלאַקס. דיִ פוׂיגעֶל פּיִקען דיִ זאָמען־קערנער אוּן פרעהעֶן זיִך, אוּן דיִ פיִש פאַנגט מען איִן נעצען, געפלאָכטען פוּן פלאַקס.

↤ 133

X.
שְׁלׂמׂה הַמֶלֶךְ אוּן דעֶר אַשְׁמְדַי.

זיִבּעֶן יאָהר האָט שלמה המלך געֶבּוׂיט דעֶם בֵּית־הַמִקְדָש אוׂיפ׳ן שעֶהנסטעֶן בּאַרג פוּן יְרוּשָלַיִם, אוׂיפ׳ן בּאַרג מוׂרִיָה. פוּן געֶזעֶגטעֶ שטײֵנעֶר האָט עֶר אוׂיסגעֶמוׂיעֶרט דיִ װעֶנט אוּן איִנװעֵניִג בּעֶשלאָגעֶן מיִט געֶשניִצטעֶן צעֶדעֶר־האָלץ אוּן דוּרכאוׂיס בּעֶדעֶקט מיִט לוׂיטעֶר גיִן־גאָלד. אוּן דיִ גאַנצעֶ צײַט האָט בּײַ׳ם געֶבּײַ קײַן זעֶג ניִט געֶזעֶגט, קײַן האַק ניִט געֶהאַקט אוּן קײַן האַמעֶר ניִט געֶקלאַפּט, אוּן מ׳האָט ניִט געֶהעֶרט פוּן הַר־הַבַּיִת קײַן שוּם געֶרוׂיש פוּן אײַזעֶרנעֶ געֶצײַג, װײַל אײַזעֶן פעֶרקיִרצט ¹) דעֶם מעֶנשעֶנס יאָהרעֶן, אוּן גאָט׳ס הוׂיז פעֶרלעֶנגעֶרט דיִ יאָהר.

װיִ־זשעֶ האָט מעֶן געֶזעֶגט דיִ שטײֵנעֶר אָהן אײַזעֶרנעֶ געֶצײַג?

אַ טײַעֶרעֶר בּריִליִאַנט איִז דאָ אוׂיף דעֶר װעֶלט, װאָס הײֵסט שָׁמִיר. עֶר איִז האַרטעֶר פוּן שטאַהל אוּן שאַרפעֶר פוּן דיִמעֶנט: מיִט אַ דיִמעֶנט שנײַדט מעֶן דיִענעֶ טאָװלעֶן גלאָז, אוּן מיִט׳ן שמיר קעֶן מעֶן צוּשנײַדעֶן דיִ שטאַרקסטעֶ שטײַנעֶר אוּן צוּשפּאַלטעֶן גאַנצעֶ בּעֶרג.

האָט שלמה המלך צוּנוֹיפגעֶרוּפעֶן דיִ חֲכָמִים אוּן אַלטעֶ לײַט פוּן אַלעֶ מְדִינוׂת אוּן שטעֶדט אוּן זײֵ געֶפרעֶגט: ציִ װײֵסט איִהר ניִשט װאוּ געֶפיִנט זיִך דעֶר שָמיר?

עֶנטפעֶרעֶן זײֵ איִהם:

— אֲדוֹנִי קעֶניִג, מיִר װיִסעֶן װאוׂיל, אַז גאָט האָט בּעֶשאַפעֶן דיִ װעֶלט איִן זעֶקס טעֶג, האָט עֶר צוּלעֶצט, פרײַטאָג פאַרנאַכט, בּעֶשאַפעֶן נאָך צעֶהן װאוּנדעֶרליִכעֶ זאַכעֶן, אײֵנס פוּן דיִ װאוּנדעֶרליִכעֶ זאַכעֶן איִז דעֶר שָמִיר. מיִט׳ן שמיר זעֶנעֶן אוׂיסגעֶקריִצט געֶװאָרעֶן דיִ צעֶהן געֶבּאָט אוׂיף דיִ צװײֵ לוּחוׂת, װאָס משֶׁה רַבֵּינוּ האָט בּעֶקוּמעֶן פוּן גאָט אוׂיפ׳ן בּאַרג סִינַי. מיִט׳ן שמיר האָט משה רבּינוּ געֶשליִפעֶן דיִ צװעֶלף טײַעֶרעֶ שטײֵנעֶר פוּן חוֹשֶׁן וְאֵפוֹד אוּן אוׂיף זײֵ אוׂיסגעֶקריִצט דיִ נעֶמעֶן פוּן אַלעֶ צװעֶלף שְבָטִים. אוּן אַז דיִ יוּדעֶן האָבּעֶן געֶזיִנדיִגט, איִז דעֶר שמיר פוּן זײֵ בּעֶהאַלטעֶן געֶװאָרעֶן, אוּן איִצט װײֵסעֶן פוּן איִהם נוּר שֵדִים אוּן רוּחוֹת. רוּף זײֵ אַרוׂיס, װעֶלעֶן זײֵ דיִר זײַן אָרט עֶנטדעֶקעֶן.

רוּפט שלמה אַרוׂיס דיִ שדים אוּן פרעֶגט זײֵ.

¹) פוּן אײֵזען מאַכט מען שװערדען אוּן מיִט שװערדען טוׂיט מען מענשען.

↤ 134

עֶנטפעֶרעֶן זײֵ איִהם: מיִר װיִסעֶן ניִשט, נאָר אַשְמְדַי, אוּנזעֶר גרוׂיסעֶר העֶרשעֶר, עֶר װײֵסט אֶפְשַר יאָ.

פרעֶגט עֶר זײֵ: װאוּ האַלט זיִך אײַעֶר אַשמדי אוׂיף?

זאָגעֶן זײֵ: אוׂיף יעֶנעֶם אוּן יעֶנעֶם בּאַרג. דאָרט האָט עֶר אַ בּרוּנעֶן פוּל מיִט װאַסעֶר, פעֶרדעֶקט מיִט אַ שטײֵן אוּן פעֶרזיִגעֶלט מיִט זײַן זיִעגעֶל. אַלעֶ טאָג הוׂיבּט עֶר זיִך אוׂיף איִן דעֶר הוׂיך אוּן פאָרשט־אוׂיס דעֶם היִמעֶל, לאָזט זיִך אַראָפּ אוּן פאָרשט־אוׂיס דיִ עֶרד. קוּמט צוּ זײַן בּרוּנעֶן אוּן קוּקט־אַרוּם דעֶם זיִעגעֶל, עֶפעֶנט־אוׂיף, אוּן נאָכדעֶם װעֶן עֶר טריִנקט זיִך אָן פעֶרזיִעגעֶלט עֶר איִהם װיִדעֶר אוּן געֵהט אַװעֶק.

רוּפט שלמה זײַן פעֶלד־מאַרשאַל בְּנָיָהוּ בֶּן יְהוׂיָדָע, גיִט איִהם מיִט אַ קײֵט מיִט אַ ריִנג, אוׂיף װעֶלכעֶן דעֶר שֵם־הַמְפוׂרָשׁ איִז אוׂיסגעֶקריִצט, בּיִנדליִך װאָהל אוּן לאָגלעֶן װײַן, אוּן שיִקט איִהם עֶר זאָל בּרײֵנגעֶן דעֶם אַשמדי אַ געֶפאַנגעֶנעֶם.

געֶקוּמעֶן אוׂיף יעֶנעֶם בּאַרג, האָט בּניהוּ אוׂיסגעֶגראָבּעֶן אַ גרוּבּ אוּנטעֶר דעֶם בּרוּנעֶן פוּן אַשמדי, אָפּגעֶצאַפּט אַהיִן דאָס װאַסעֶר פוּנ׳ם בּרוּנעֶן אוּן פעֶרשטאָפּט דעֶם לאָך מיִט דיִ בּיִנדליִך װאָהל. דעֶרנאָך האָט עֶר אוׂיסגעֶגראָבּעֶן נאָך אַ גרוּבּ העֶכעֶר פוּן אַשמדי׳ס בּרוּנעֶן, אַרײַנגעֶלאָזט איִן בּרוּנעֶן דוּרך דעֶר גרוּבּ װײַן, אוּן דעֶם לאָך אוׂיך פעֶרשטאָפּט מיִט װאָהל. פעֶרשאָטעֶן בּײֵדעֶ פריִשעֶ גריִבּעֶר מיִט עֶרד, האָט בּניהוּ אַרוׂיפגעֶקלעֶטעֶרט אוׂיף אַ הוׂיכעֶן בּוׂים צוּ זעֶהן פוּן דאָרט, װאָס דאָ װעֶט פאָרקוּמעֶן.

קוּמט דעֶר אַשמדי, בּעֶקוּקט דיִ חֲתִימָה, אוּן זעֶהט, אַז זיִ איִז גאַנץ, — הוׂיבּט עֶר אוׂיף דעֶם שװעֶרעֶן שטײֵן אוּן טריִנקט־אוׂיס דעֶם גאַנצעֶן װײַן. פעֶרדרעֵהט זיִך איִהם דעֶר קאָפּּ אוּן עֶר װעֶרט בּאַלד אַנטשלאָפעֶן טוׂיט־שִכּוֹר.

װיִ בְּנָיָהוּ בֶּן יְהוׂיָדָע האָט דאָס דעֶרזעֶהן, שפּריִנגט עֶר בּאַלד אַראָפּ פוּן בּוׂים, װאַרפט אוׂיף איִהם אַרוׂיף דיִ קײֵט, שמיִדט איִהם העֶנד אוּן פיִס, אוּן האַלט־צוּ פעֶסט דעֶם ריִנג מיִט׳ן שֵם־הַמְפוׂרָש.

אַז דעֶר אַשמדי האָט זיִך אוׂיפגעֶחאַפּט פוּן שלאָף אוּן דעֶרזעֶהן, װאָס בּניהוּ האָט מיִט איִהם געֶטהוּן, האָט עֶר אָנגעֶהוׂיבּעֶן שרײַעֶן מיִט אַ װיִלדעֶן קוׂל אוּן געֶנוּמעֶן װאַרפעֶן־זיִך אוּן רײַסעֶן דיִ קײֵט. האָט בּניהוּ איִהם געֶװיִזעֶן דעֶם ריִנג מיִט׳ן שם־המפוֹרש אוּן געֶזאָגט: אוּמזיִסט דײַן פּיִלדעֶרעֶן, עֶס װעֶט דיִר גאָרניִט העֶלפעֶן — דײַן העֶר׳ס נאָמעֶן איִז אוׂיף דיִר:

איִז דעֶר אַשמדי בּאַלד אַנטשװיִגעֶן געֶװאָרעֶן אוּן אַראָפּגעֶלאָזט דעֶם קאָפּ.

↤ 135

זאָגט צוּ איִהם בְּנָיָהוּ בֶּן יְהוׂיָדָע: קוּם איִך װעֶל דיִך פיִהרעֶן צוּ שלמה המלך, מײַן העֶר.

זעֶנעֶן זײֵ אוׂיפגעֶשטאַנעֶן אוּן אַװעֶקגעֶגאַנגעֶן. בּניהוּ געֵהט פאָראוׂיס אוּן שלעֶפּט איִהם פאַר׳ן קײֵט, אוּן דעֶר אַשמדי געֵהט נאָך אוּן זאָגט אוֹיף זיִך דאָס שפּרוּכװאָרט:

דעֶר װײַן איִז אַ שפּעֶטעֶר,
געֶטראַנק בּעֶרוׂישט —
לאָזט זיִך װעֶר איִן איִהם אַרײַן
קעֶן עֶר קליִג ניִשט זײַן.

געֵהעֶן זײֵ פאַרבּײַ אַ הוׂיכעֶן פּאַלמעֶן־בּוׂים, — טהוּט זיִך דעֶר אַשמדי איִן איִהם אַ רײַבּ אוּן רײַסט איִהם אוׂיס. געֵהעֶן זײֵ פאַרבּײַ אַ רײַכעֶן פּאַלאַץ, טהוּט איִהם אַשׁמדי אַ שטוׂיס, קעֶהרט איִהם איִבּעֶר אוּן װאַרפט איִהם־אוּם. קוּמעֶן זײֵ צוּ אַ געֶצעֶלט פוּן אַן אַלְמָנָה, געֶהט־אַרוׂיס דיִ אָרעֶמעֶ פרוׂי אוּן הוׂיבּט־אָן צוּ בּעֵטעֶן זיִך בּײַ׳ם אַשמדי, עֶר זאָל איִהר װאוׂינוּנג ניִט פעֶרװיִסטעֶן, שפּריִנגט עֶר אָפּ צוּריִק אוּן ליִנקט זיִך אוׂיס אַ פוּס. געֵהט עֶר װײַטעֶר אוּן היִנקט אוׂיף זײַנעֶ היִהנעֶרשעֶ ¹) פיִס אוּן זאָגט אוׂיף זיִך דעֶם פָּסוּק:

װײֵכעֶר שפּראָך,
בּרעֶכט בּײֵן אוּן קנאָך.

דעֶרזעֶהט עֶר אַ בּליִנדעֶר בּלאָנדזעֶט, פיִהרט עֶר איִהם אוׂיפ׳ן װעֶג אַרוׂיף. דעֶרזעֶהט עֶר אַ שִכּוֹר בּלאָנדזעֶט, פיִהרט עֶר איִהם אוׂיך אוׂיפ׳ן װעֶג אַרוׂיף. דעֶרזעֶהט עֶר אַ זעֶהר פרעֶהליִכעֶ חֲתוּנָה — צוּװײֵנט עֶר זיִך.

העֶרט עֶר, װיִ אײֵנעֶר בּעֶשטעֶלט אַ פּאָר שיִך בּײַ אַ שוּסטעֶר, זײֵ זאָלעֶן איִהם דיִענעֶן גאַנצעֶ זיִבּעֶן יאָהר, — הוׂיבּט עֶר אָן צוּ לאַכעֶן.

דעֶרזעֶהט עֶר, װיִ אַ כִּשוּף־מאַכעֶר שטעֶהט אוׂיף זײַן פּלאַץ אוּן צוׂיבּעֶרט — הוׂיבּט עֶר אָן צוּ לאַכעֶן.

בְּנָיָהוּ האָט זײֵ אַלעֶ שֵד׳יִשעֶ תּנוּעוֹת מיִט פעֶרװאוּנדעֶרוּנג צוּגעֶזעֶהן אוּן ניִשט פעֶרשטאַנעֶן װאָס דאָס בּעֶטײַט. עֶר האָט אָבּעֶר איִצט איִן װעֶג ניִשט געֶװאָלט אַרײַן מיִט׳ן אַשמדי איִן לאַנגעֶ שמוּעֶסעֶן אוּן דאָס אָפּגעֶלעֶגט אוׂיף אַ אַנדעֶרעֶ צײַטץ

¹) שדים האָבּען היִהנערשע סיִס.

↤ 136

אַזוׂי זעֶנעֶן זײֵ געֶגאַנגעֶן אוּן געֶגאַנגעֶן, װאַלד־אײַן — װאַלד־אוׂיס, בּאַרג־אוׂיף — בּאַרג־אָפּ, זיִבּעֶן טעֶג אוּן זיִבּעֶן נעֶכט, בּיִז זײֵ זעֶנעֶן אָנגעֶקוּמעֶן קײַן יְרוּשָלַיִם.

דרײַ טעֶג האָט מעֶן דעֶם אַשמדי ניִט געֶרוּפעֶן צוּ שלמה המלך. דעֶם עֶרשטעֶן טאָג פרעֶגט עֶר: פאַרװאָס? זאָגט מעֶן איִהם: דעֶר מלך האָט נעֶכטעֶן בּײַנאַכט געֶטרוּנקעֶן צוּפיִעל װײַן, — טהוּט איִהם הײַנט װעֵה דעֶר קאָפּ. נעֶהמט דעֶר אַשמדי צװײֵ ציִגעֶל אוּן לעֵגט אַרוׂיף דיִ קלעֶנעֶרעֶ אוׂיף דעֶר גרעֶסעֶרעֶר. דעֶרצעֵהלט מעֶן בּניהוּ בּן יהוׂידע, װאָס עֶר האָט געֶטהוּן. זאָגט בּניהוּ: דאָס האָט דעֶר אַשמדי געֶמאַכט אוׂיפ׳ן װאוּנק, װאָס פאַר אַ רְפוּאָה מעֶן דאַרף געֶבּעֶן אוּנזעֶר מלך, אוּן דעֶר מײֵן איִז: גיִט שלמה׳ן אוׂיסטריִנקעֶן אַ כּוׂס מיִט װײַן, — װעֶט עֶס איִהם דעֶם דוּל פוּן קאָפּּ אַרוׂיסשלאָגעֶץ. האָט מעֶן אַזוׂי געֶטהוּן — אוּן ס׳האָט געֶהאָלפעֶן.

אוׂיף מאָרגעֶן פרעֶגט דעֶר אַשמדי: פאַרװאָס רוּפט מעֶן מיִך הײַנט ניִט צוּם מלך ? עֶנטפעֶרט מעֶן איִהם: עֶר האָט נעֶכטעֶן צוּפיִעל פלײֵש געֶגעֶסעֶן, — טהוּט איִהם הײַנט װעֵה דעֶר בּוׂיך. נעֶהמט דעֶר אַשמדי אַראָפּ אײֵן ציִגעֶל פוּן דעֶר אַנדעֶרעֶר. דעֶרצעֵהלט מעֶן בּניהוּ׳ן, זאָגט עֶר: דעֶר אַשמדי װײַזט אוׂיפ׳ן װאוּנק: גיִט דעֶם מלך הײַנט ניִט עֶסעֶן, — װעֶט עֶר געֵנעֶזעֶן ¹) װעֶרעֵן. האָט מעֶן אַזוׂי געֶטהוּן — אוּן ס׳האָט געֶהאָלפעֶן.

אוׂיפ׳ן דריִטעֶן טאָג האָט מעֶן איִהם אַרײַנגעֶפיִהרט צוּ שלמה המלך, נעֶהמט עֶר אַ שטעֶקעֶן, מעֶסט־אָפּ פיִער אײֵלעֶן אוּן גיִט איִהם אַ װאָרף צוּ שלמה׳ן אוּן זאָגט: נאָכ׳ן טוׂיט װעֶט דיִר זײַן געֶנוּג פיִער אײֵלעֶן עֶרד, איִצט איִז דיִר דיִ גאַנצעֶ װעֶלט קאַרג, אַפיִלוּ מיִך װיִלסטוּ אוׂיך בּעֶהעֶרשעֶן.

עֶנטפעֶרט איִהם שלמה: איִך פעֶרלאַנג פוּן דיִר גאָרניִט, זאָג מיִר נוּר, װאוּ איִז דעֶר שָמִיר בּעֶהאַלטעֶן ? װעֶן איִך בּעֶקוּם דעֶם שמיר אוּן בּוׂי־אוׂיס דעֶם בֵּית־הַמִקְדָש, — לאָז איִך דיִך שוׂין פרײַ.

¹) געֶזוּנד.

עֶנטפעֶרט איִהם דעֶר אַשמדי: ניִשט מיִר איִן האַנד איִז דעֶר שמיִר פעֶרטרוׂיעֶט, עֶר געֶפוּנט זיִך איִן רְשוּת פוּנ׳ם שַׂר שֶׁל יַם, אוּן עֶר האָט איִהם פעֶרטרוׂיט נוּר דעֶם אוׂיעֶר־האָן, אַ פוׂיגעֶל װאָס האַלט װאָרט אוּן בּרעֶכט ניִשט קײַן שבוּעה . נעֶהמט דעֶר אוֹיעֶר־האָן דעֶם שמיִר, פעֶרטראָגט איִהם אוׂיף אַ הוׂיכעֶן פעֶלז, װאוּ אַלעֶס אַרוּם איִז װיִסט אוּן װיִלד, לעֵגט איִהם אוׂיפ׳ן פעֶלזעֶנשפּיִץ, שפּאַלט זיִך אוּנטעֶר איִהם דעֶר פעֶלז אוּן עֶס עֶפעֶנט זיִך אַ טהאָל, ↤ 137 בּרײֵנגט עֶר זאַמעֶן פוּן געֶװיִקסעֶ אוּן װאַרפט אַהיִן, װעֶרט דאָרט אַ יִשוּב. אוּן דעֶרפאַר האָט עֶר אַ צוּנאָמעֶן „פעֶלזעֶן־שפּאַלטעֶר”.

האָט שלמה װיִדעֶר געֶשיִקט בּניהוּ בּן יהוׂידע אוּן איִהם בּעֶפוׂילעֶן: געֵה אַװעֶק אוּן געֶפוּן דעֶם נעֶסט פוּנ׳ם אוׂיעֶר־האָן. דאָרט זאָלסטוּ בּעֶקוּמעֶן דעֶם שמיִר איִן איִהם מיִר בּרײֵנגעֶן.

האָט בּניהוּ מיִטגעֶנוּמעֶן מיִט זיִך מעֶנשעֶן מיִט נײֵטיִגעֶ כֵּלִים דעֶרצוּ אוּן װיִדעֶר זיִך געֶלאָזט איִן װעֶג.

געֶקוּמעֶן צוּ יעֶנעֶם אָרט, װאָס דעֶר אַשמדי האָט אוׂיסגעֶמאָהלט, האָט עֶר נאָך לאַנגעֶן זוּכעֶן געֶפוּנעֶן דעֶם נעֶסט פוּנ׳ם אוׂיעֶר־האָן פוּל מיִט יוּנגעֶ פליִגעֶליִך, נוּר־װאָס אוׂיסגעֶפּיִקט זיִך פוּן דיִ אײֵעֶר. אוּן דעֶר אַלטעֶר אוׂיעֶר־האָן אַלײֵן איִז איִן נעֶסט דעֶמאָלט ניִשט געֶװעֶן, עֶר איִז אַװעֶקגעֶפלוׂיגעֶן זוּכעֶן שפּײַז פאַר זײַנעֶ קלײֵנעֶ קיִנדעֶרליִך. נעֶהמט בּניהוּ בּן יהוׂידע אוּן דעֶקט צוּ דעֶם נעֶסט מיִט אַ טאָװעֶל גלאָז אוּן אַלײֵן בּעֶהאַלט עֶר זיִך אוּנטעֶר אַ געֶדיִכטעֶן צװײַג.

קוּמט דעֶר אוׂיעֶר־האָן צוּפלוׂיגעֶן מיִט אַ פוּלעֶן שנאָבּעֶל שפּײַז פאַר זײַנעֶ יוּנגעֶ קיִנדעֶר. זעֶהן זעֵהט עֶר דיִ דוּר׳ן גלאָז, נאָר דעֶרלאַנגעֶן קעֶן עֶר ניִט. פּיִקט עֶר דאָס גלאָז מיִט׳ן שנאָבּעֶל, העֶלפט עֶס אָבּעֶר ניִשט, דאָס גלאָז איִז דיִק געֶװעֶן אוּן אײַזעֶן־שטאַרק, ניִט דוּרכצוּפיִקעֶן. נעֶהמט איִהם אָן אַ גרוׂיס רַחְמָנוּת אוׂיף זײַנעֶ הוּנגעֶריִגעֶ קיִנדעֶרליִך, עֶר קעֶן אָבּעֶר גאָר ניִשט העֶלפעֶן. װיִ אַ פעֶרצװײֵפעֶלטעֶר בּלײַבּט עֶר אַ װײַלעֶ שטעֶהן אָפּהעֶנדיִג מיִט אַראָפּגעֶלאָזטעֶ פליִגעֶל. פּלוּצוּם — אַ הוׂיבּ זיִך איִן דעֶר הוׂיך, אַװעֶק אוּן פוּן אוׂיג פעֶרשװאוּנדעֶן.

דוׂיעֶרט ניִשט לאַנג, זעֵהט בּניהוּ: דעֶר אוׂיעֶר־האָן קוּמט צוּריִק צוּפליִהעֶן, פאָסט פרעֵהליִך מיִט דיִ פליִגעֶל אוּן טראָגט עֶפּיִס אַזוׂינס איִן שנאָבּעֶל. דאָס איִז געֶװעֶן דעֶר שָׁמִיר.

אַראָפּגעֶלאָזט זיִך װיִדעֶר אוׂיף זײַן נעֶסט, האָט דעֶר פוׂיגעֶל אָנגעֶהוׂיבּעֶן פיִהרעֶן מיִט׳ן שמיִר איִבּעֶר׳ן גלאָז, װאָס הוׂיבּט זיִך אָן צוּ שפּאַלטעֶן. חאַפּט בּניהוּ אַ גרוׂיסעֶן שטײֵן אוּן װאַרפט דעֶם פוׂיגעֶל איִן קאָפּּ . דעֶרשרעֶקט עֶר זיִך אוּן לאָזט פוּן שנאָבּעֶל אַרוׂיס דעֶם שמיִר. לוׂיפעֶן־צוּ בּניהוּ׳ם לײַט אוּן חאַפּעֶן עֶס געֶשװיִנר אוׂיף, אוּן פרעֵהליִך אַװעֶק מיִט זײֵעֶר טײַעֶרעֶן רוׂיבּ צוׂיריִק אַ הײֵם.

דעֶר אוׂיעֶר־האָן, איִבּעֶרגעֶבּליִבּעֶן אלײֵן אָהן דעֶם שמיִר, האָט זיִך ↰ 138 שטאַרק צוּם האַרצעֶן געֶנוּמעֶן, פאַרװאָס עֶר האָט זײַן שבוּעה ניִט אוׂיסגעֶהאַלטעֶן, נעֶהמט עֶר אוּן דעֶרװאַרגט זיִך אוׂיף טוׂיט.

אוּן מיִט דעֶם שמיִר, פוּנ׳ם אוׂיעֶר־האָן אַװעֶקגעֶנוּמעֶן, האָט מעֶן געֶזעֶגט דיִ שטײֵנעֶר צוּם בִּנְיַן ¹) בֵּית־הַמִקְדָש.

זיִבּעֶן יאָהר האָט געֶדוׂיעֶרט בּיִז דעֶר בֵּית־הַמִקְדָש איִז אוׂיסגעֶבּוׂיעֶט געֶװאָרעֶן. דיִ גאַנצעֶ צײַט האָט שלמה ניִשט אָפּגעֶלאָזט דעֶם אַשמדי אוּן געֶהאַלטעֶן איִהם געֶשמיִדט איִן קײֵטעֶן.

אײֵנמאָל איִן אַ שמוּעֶס האָט בּניהוּ געֶפרעֶגט דעֶם אַשמדי אַן עֶרקלעֶרוּנג, װאָס בּעֶטײַטעֶן דיִ אַלעֶ תְּנוּעוׂת זײַנעֶ װאָס עֶר האָט בּעֶװיִזעֶן אוׂיפ׳ן װעֶג.

— זאָג מיִר — פרעֶגט עֶר איִהם — װיִ קוּמט עֶס צוּ דיִר, אַז דוּ זאָלסט זיִך חאַפּעֶן אַ פעֶרבּלאָנזעֶטעֶן בּליִנדעֶן אוּן אַ שִכּוֹר אוּפ׳ן װעֶג אַרוׂיפפיִהרעֶן?

— אוׂיף דעֶם בּליִנדעֶן, פעֶרשטעֵהסטוּ מיִך, האָט מעֶן אוׂיסגעֶרוּפעֶן איִן היִמעֶל, אַז עֶר איִז אַ אֶמֶת׳עֶר צַדִיק, אוּן פאַר דעֶם בּיִסעֶל נַחַת־רוּחַ װאָס מעֶן װעֶט איִהם טהוּן בּעֶקוּמט מעֶן גריִנג עוֹלָם־הַבָּא, האָבּ איִך עֶס בּײַ דיִר אוׂיפגעֶחאַפּט. אוׂיף דעֶם שכּוֹר װיִדעֶר האָט מעֶן אוׂיסגעֶרוּפעֶן, פעֶרקעֶהרט, אַז עֶר איִז אַ אמת׳עֶר רָשָע, אוּן מיִט דעֶם פּיִצעֶל נחת־רוּח װאָס עֶר האָט דוּרך מיִר בּעֶקוּמעֶן, איִז עֶר שוׂין יוֹצֵא פאַר זײַן לעֶצט בּיִסעֶל עוׂלָם־הַבָּא, װאָס עֶר װאָלט אֶפְשַר געֶקעֶנט האָבּעֶן.

— פאַרװאָס אַז דוּ האָסט דעֶרזעֶהן דיִ פרעֶהליִכעֶ חֲתוּנָה, האָסטוּ זיִך צוּחליִפּעֶט?

— דעֶרפאַר װײַל איִך האָבּ געֶזעֶהן אוּנטעֶר׳ן חָתָן׳ס פֶלײֵצעֶס שטעֶהן דעֶם מַלְאָך־הַמָוֶת, אוּן אָט דיִ כַּלָּה מיִט׳ן שעֶהנעֶן פֶּנִימ׳ל, װעֶט גאַנצעֶ דרײַצעֶהן יאָהר פעֶרװיִסט װעֶרעֶן װאַרטעֶנדיִג אוׂיף איִהר קלײֵן שװאָגעֶריל׳ס חֲלוּצָה.

— פאַרװאָס װעֶן יעֶנעֶר האָט בּעֶשטעֶלט זיִך שיִך „אוׂיף זיִבּעֶן יאָהר”, האָסטוּ זיִך צוּלאַכט?

— איִהם אַלײֵן איִז ניִשט געֶבּליִבּעֶן זיִבּעֶן יאָהר צוּם לעֶבּעֶן.

— פאַרװאָס אַז דוּ האָסט געֶזעֶהן דעֶם מְכַשֵף זיִצט אוּן צוׂיבּעֶרט, האָסטוּ זיִך צוּלאַכט?

— פּוּנקט אוׂיף דעֶם אָרט אוּנטעֶר איִהם איִז געֶליִגעֶן איִן דעֶר עֶרד בּעֶהאַלטעֶן אַן אוׂצר. לאָז עֶר נוּר בּעֶװײַזעֶן אַ קוּנץ אוּן טרעֶפעֶן פריִהעֶר װאָס אוּנטעֶר איִהם געֶפוּנט זיִך.

¹) געֶבּײַ.

↤ 139

אַז דעֶר בִּנְיָן איִז שוׂין פאַרטיִג געֶװאָרעֶן, שיִקט שׁלמה רוּפעֶן צוּ זיִך דעֶם אַשמדי אוּן זאָגט איִהם:

— בּאַלד װעֶרסטוּ שוׂין פרײַ, נאָר װײַז מיִר פריִהעֶר דײַן בֶּרְיֶה׳שקײַט, מיִט װאָס איִז גרוׂיס דײַן טײַװעֶלשעֶר כּוׂח.

עֶנטפעֶרט איִהם דעֶר אַשמדי: נעֶהם פוּן מיִר אַראָפּ דיִ קײֵט, שמיִד מיִר פוּנאַנדעֶר העֶנד אוּן פיִס אוּן גיִבּ מיִר דעֶם ריִנג מיִט׳ן שם־המפוֹרש, — װעֶל איִך דיִר װײַזעֶן מײַן בּריה׳שקײַט. האָט שלמה געֶטהוּן, װיִ עֶר האָט געֶזאָגט. נעֶהמט דעֶר אַשמדי אוּן צוּלאָזט זײַנעֶ פליִגעֶל, האָט איִן פליִגעֶל דעֶרגרײֵכט צוּ דעֶר עֶרד אוּן דאָס צװײֵטעֶ — בּיִז׳ן היִמעֶל. אוּן אוׂיפגעֶעֶפעֶנט האָט דעֶר אשמדי זײַן מוׂיל אוּן שלמה׳ן אײַנגעֶשלוּנגעֶן, אוּן בּאַלד איִהם צוּריִק אוׂיסגעֶשפּיִגעֶן אוּן פעֶרשלײַדעֶרט איִהם איִבּעֶר פּוּסטעֶ װעֶלדעֶר, איִבּעֶר װיִסטעֶ פעֶלדעֶר, פיִער הוּנדעֶרט מײַל װײַט פוּן יְרוּשָלַיִם.

אוּן אַלײֵן האָט דעֶר אשמדי אָנגעֶטהוּן דיִ בִּגְדֵי־מַלְכוּת ¹) אוּן געֶזעֶצט זיִך אוׂיפ׳ן קעֶניִג׳ס שטוּל פוּן עֶלפעֶנבּײֵן אוּן אָנגעֶנוּמעֶן שלמה המלך׳ס געֶשטאַלט, קײֵנעֶר זאָל איִהם ניִט דעֶרקעֶנעֶן.

נאָר אײֵן זאַך האָט עֶר ניִט געֶקעֶנט עֶנדעֶרעֶן: דיִ פיִס זעֶנעֶן בּײַ איִהם געֶבּליִבּעֶן היִהנעֶרשעֶ, װיִ בּײַ אַלעֶ שֵדִים. האָט עֶר אָנגעֶטהוּן אַ פּאָר לאַנגעֶ זאָקעֶן אוּן זײֵ געֶטראָגעֶן אַ גאַנצעֶן טאָג.

אַזוׂי האָט עֶר געֶקעֶניִגט אַ לאַנגעֶ צײַט אוּן קײֵנעֶר האָט ניִט בּעֶמעֶרקט, װאָס פאַר אַ איִבּעֶרקעֶהרעֶניִש איִז דאָ פאָרגעֶקוּמעֶן.

אוּן שלמה האָט זיִך אוׂיפגעֶחאַפּט איִן פרעֶמדעֶן לאַנד, װאוּ דעֶר אַשמדי האָט איִהם פעֶרװאָרפעֶן, װײַט פיִער הוּנדעֶרט מײַל פוּן ירוּשליִם. פרעֶמד אוּן עֶלעֶנד איִז עֶר אוּמעֶטוּם געֶװעֶן, אַרוּמגעֶגאַנגעֶן איִבּעֶר דיִ הײַזעֶר אוּן געֶבּעֶטעֶלט בּרוׂיט, אוּן װאוּהיִן עֶר איִז געֶקוּמעֶן אוּן געֶשריִעֶן: אֲנִי שלמה — איִך בּיִן שלמה המלך! — האָט איִהם קײֵנעֶר ניִט געֶגלוׂיבּט. אַלעֶ האָבּעֶן פוּן איִהם געֶלאַכט אוּן געֶמײֵנט, אַז ניִשט אַנדעֶרש, עֶר איִז מְשוּגָע. אוּן פעֶרשײַטעֶ יוּנגעֶן זעֶנעֶן איִהם נאָכגעֶלאָפעֶן איִן דיִ גאַסעֶן, פעֶרװאָרפעֶן איִהם מיִט שטײֵנעֶר אוּן נאָכגעֶשריִעֶן: אָט געֶהט דעֶר משוּגע׳נעֶוּ, װאָס זאָגט אוׂיף זיִך, אַז עֶר איִז שלמה המלך.

¹) קעניִגליִכע קלײֵדער.

↤ 140

װיִ משוּגע שלמה האָט אוׂיסגעֶזעֶהן בּײַ לײַט, װעֶן עֶר האָט אַלס אָרוּמעֶר װאַנדעֶרעֶר ניִשט אוׂיפגעֶהעֶרט צוּ שרײַעֶן אני שלמה, — האָבּעֶן זיִך דאָך געֶפוּנעֶן אַמאָל אַזעֶלכעֶ, װאָס האָבּעֶן איִהם יאָ געֶגלוׂיבּט.

אײֵן מאָל איִז צוּ איִהם געֶקוּמעֶן אײֵנעֶר אַ רײַכעֶר מאַן אוּן איִהם געֶזאָגט:

— אֲדוֹנִי קעֶניִג, טהוּ מיִר דעֶם כָּבוׂד אוּן קוּם צוּ מיִר אוׂיף אַ מאָהל־צײַט.

האָט עֶר איִהם געֶבּראַכט צוּ זיִך איִן הוׂיז אוּן געֶשאָכטעֶן פוּן זײַנעֶט װעֶגעֶן אַ געֶשטאָפּטעֶן אָקס, אוּן דעֶרלאַנגט צוּם טיִש דיִ טײַעֶרסטעֶ שפּײַזעֶן אוּן געֶטראַנקעֶן. אוּן אַז שלמה האָט געֶװאָלט נעֶהמעֶן עֶסעֶן, האָט זיִך דעֶר רײַכעֶר מאַן געֶזעֶצט אַנקעֶגעֶן איִהם, געֶשאָקעֶלט מיִט׳ן קאָפּּ אוּן אַזוׂי געֶזאָגט:

— װעֵה צוּ דיִ אוׂיגעֶן, װאָס זײֵ זעֶהעֶן דאָס! אָט דאָס איִז דעֶר גרוׂיסעֶר העֶרשעֶר שלמה המלך, װאָס זײַן נאָמעֶן האָט געֶקלוּנגעֶן פוּן אײֵן עֶק װעֶלט בּיִז׳ן אַנדעֶרעֶן? װאוּ איִז זײַן גרוׂיסקײַט אוּן רײַכטהוּם? װאוּ איִז זײַן שטאַרקײַט אוּן קלוּגשאַפט? — שלמה׳ן האָט עֶס פעֶרנוּמעֶן בּײַ׳ם האַרצעֶן, געֶװאָרגעֶן זיִך מיִט׳ן בּיִסעֶן אוּן אוׂיפגעֶשטאַנעֶן פוּן טיִש הוּנגעֶריִג אוּן טרוׂיעֶריִג.

אַ אַנדעֶרס מאָל קוּמט צוּ איִהם אײֵנעֶר אַ אָרוּמעֶר אוּן זאָגט: אַדוֹני קעֶניִג! טהוּ מיִר אָן דעֶם כּבוׂד אוּן קוּם צוּ מיִר אוׂיף מיִטאָג. זאָגט שלמה צוּ איִהם: װיִלסטוּ מיִר אוׂיך אָפּטהוּן, װיִ יעֶנעֶר אוּן יעֶנעֶר?

עֶנטפעֶרט עֶר איִהם: „אַן אָרוּמאַן בּיִן איִך אוּן האָבּ ניִט מעֶהר, װיִ שװאַרץ בּרוׂיט אוּן אַ שיִסעֶל זוׂיעֶר־קרוׂיט, נאָר גיִבּעֶן גיִבּ איִך עֶס מיִט׳ן גאַנצעֶן האַרצעֶן אוּן מיִט אַ גוּט געֶמיִט”. איִז שלמה צוּ איִהם געֶקוּמעֶן איִן שטוּבּ. האָט דעֶר אָרוּמאַן געֶבּראַכט װאַסעֶר אוּן אָפּגעֶװאַשעֶן שלמה׳ן דיִ העֶנד מיִט דיִ פיִס אוּן געֶזעֶצט איִהם אוׂיבּעֶן־אָן אוּן דעֶרלאַנגט צוּם טיִש בּרוׂיט מיִט זוׂיעֶר־קרוׂיט. אוּן אַלײֵן האָט עֶר זיִך געֶזעֶצט נעֶבּעֶן איִהם אוּן געֶנוּמעֶן טרײֵסטעֶן שלמה׳ן מיִט זיִסעֶ רעֵד:

— גאָט האָט געֶשװאוׂירעֶן דײַן פאָטעֶר דָוִד הַמֶלֶך, אַז דיִ מְלוּכָה װעֶט ניִט אָפּגעֶטהוּן װעֶרעֶן פוּן זײַנעֶ קיִנדעֶר אוּן קיִנדס־קיִנדעֶר, אוּן גאָט׳ס װאָרט איִז אֶמֶת אוּן װאָהר. מיִט אײֵן האַנד שטראָפט עֶר — מיִט דעֶר אַנדעֶרעֶר הײֵלט עֶר. האָף צוּ איִהם אוּן עֶר װעֶט געֶװיִס דיִר װיִדעֶר אוּמקעֶהרעֶן צוּ דײַן פריִהעֶרדיִגעֶן שטאַנד.

אוׂיף דיִ בּײֵדעֶ האָט שלמה המלך געֶזאָגט דאָס שפּרוּכװאָרט:

„בּעֶסעֶר זוׂיעֶר־קרוׂיט איִן פרײֵדעֶן
אײֵדעֶר אָקסעֶן־פלײֵש איִן לײֵדעֶן”.

↤ 141

אַזוׂי האָט שלמה המלך זיִך געֶװאָגעֶלט אוּן געֶװאַנדעֶרט פוּן שטאָדט צוּ שטאָדט, פוּן דאָרף צוּ דאָרף, בּיִז עֶר האָט זיִך דעֶרשלאָגעֶן צוּריִק קײַן יְרוּשָלַיִם, געֶקוּמעֶן צוּ דיִ סַנְהֶדְרִין אוּן אוׂיסגעֶשריִעֶן: אֲנִי שלמה! האָבּעֶן זײֵ איִהם געֶזאָגט: נאַר אײֵנעֶר! שלמה זיִצט איִן קעֶניִגליִכעֶן פּאַלאַץ אוׂיף זײַן שטוּל, אוּן דוּ האָסט זיִך אײַנגעֶרעֶדט אַ מְשוּגַעַת איִן קאָפּ.

אוׂיף מאָרגעֶן איִז עֶר װיִדעֶר געֶקוּמעֶן אוּן געֶשריִעֶן: אני שלמה! אוּן זײֵ האָבּעֶן איִהם װיִדעֶר ניִט געֶגלוׂיבּט. אַז עֶר איִז אַװעֶקגעֶגאַנגעֶן האָבּעֶן זײֵ צוּ זיִך געֶזאָגט: עֶר װײַזט־אוׂיס װיִ אַ קלאָרעֶר מעֶנש אוּן רעֶדט אַלץ צוּ דעֶר זאַך, נוּר אײֵן נאַריִשקײַט האָט עֶר זיִך אַרײַנגעֶשלאָגעֶן איִן קאָפּּ, — דאַרף מעֶן דיִ זאַך אוׂיספאָרשעֶן.

אוׂיסגעֶהעֶרט פוּן שלמה׳ן דיִ גאַנצעֶ מַעֲשֶׂה מיִט׳ן אַשמדי, זעֶנעֶן דיִ סַנְהֶדְרִין אַװעֶק איִן קעֶניִגליִכעֶן פּאַלאַץ אוּן אוׂיסגעֶפרעֶגט דיִ הוׂיף־לײַט ציִ האָבּעֶן זײֵ זיִך ניִשט צוּגעֶקוּקט װיִ דעֶם קעֶניִג׳ס פיִס זעֶהעֶן־אוׂיס. עֶנטפעֶרעֶן יעֶנעֶ, אַז קײֵנעֶר האָט איִהם ניִט געֶזעֶהן בּאָרװעֶסעֶרהײֵד: בּײַטאָג טראָגט עֶר לאַנגעֶ זאָקעֶן אוּן בּײַנאַכט שלאָפט עֶר פעֶרשלאָסעֶן איִן אַ בּעֶזוּנדעֶר חֵדֶר.

האָט זײֵ שלמה געֶגעֶבּעֶן אַן עֵצָה:

— געֵהט אַרײַן פאַרנאַכט איִן חדר װאוּ עֶר שלאָפט אוּן שיִט דאָרט אָן דיִנעֶם זאַמד.

האָט מעֶן אַזוׂי געֶטהוּן — אוּן אוׂיף מאָרגעֶן איִן דעֶר פריִה האָט מעֶן דעֶרזעֶהן איִן זאַמד טריִט פוּן היִהנעֶרשעֶ פיִס.

האָבּעֶן זיִך אוׂיפגעֶקלוׂיבּעֶן אַלעֶ גרוׂיסעֶ לײַט פוּן ירוּשליִם איִן אַװעֶקגעֶפיִהרט שלמה׳ן איִן קעֶגיִגליִכעֶן פּאַלאַץ, אוּן דעֶם אַשמדי האָבּעֶן זײֵ פעֶרטריִבּעֶן מיִט׳ן שם־המפוׂרש איִן פוּסטעֶ װעֶלדעֶר אוּן װיִסטעֶ פעֶלדעֶר.

אוּן שלמה האָט זיִך װיִדעֶר געֶזעֶצט אוׂיף זײַן קעֶניִגליִכעֶן שטוּל פוּן עֶלפעֶגבּײֵן אוּן געֶקעֶניִגט אוׂיפ׳ן פאָלק יִשְׂרָאֵל.

יוֹנָה הַנָבִיא איִן פיִש.

גאָט האָט זיִך בּעֶװיִזעֶן צוּ יוֹנָה הַנָבִיא אוּן איִהם בּעֶפוׂילעֶן:

— געֵה אוּן רוּף־אוׂיס איִן דיִ גאַסעֶן פוּן נִינְוֵה: איִן פעֶרציִג טעֶג אַרוּם װעֶט דיִ שטאָדט איִבּעֶגעֶקעֶהרט װעֶרעֶן צוּליִעבּ אײַעֶרעֶ זיִנד!

האָט יוֹנה געֶטראַכט בּײַ זיִך איִן האַרצעֶן: גאָט איִז אַ דעֶרבּאַרעֶמיִגעֵר ↰ 142 אוּן אַ לײַטזעֶליִגעֶר. אײֵנמאָל האָט עֶר מיִך געֶשיִקט אָנזאָגעֶן, אַז יְרוּשָלַיִם װעֶט חָרוּב װעֶרעֶן, אוּן דיִ יוּדעֶן האָבּעֶן תְּשוּבָה געֶטהוּן אוּן גאָט האָט זײֵ מוׂחֵל געֶװעֶן, — האָט מעֶן מיִך געֶרוּפעֶן פאַלשעֶר נָבִיא! איִצט װעֶט איִן נִינְוֵה אוׂיך אַזוׂי זײַן אוּן פרעֶמדעֶ פעֶלקעֶר װעֶלעֶן אוׂיך לעֶסטעֶרעֶן גאָט׳ס שָלִיחַ, אוּן זאָגעֶן: פאַלשעֶר נביא! דעֶריִבּעֶר װעֶל איִך גאָר אַנטלוׂיפעֶן פוּן גאָט.

איִז עֶר געֶקוּמעֶן קײַן יַפוֹ אוּן אַרוּמגעֶגאַנגעֶן צװײֵ טעֶג אוׂיפ׳ן בּרעֶג פוּן יַם אוּן ניִט געֵפוּנעֶן קעֶן שיִף.

האָט גאָט געֶשיִקט אַ שטוּרם־װיִנד אוׂיף אַ שיִף, װאָס איִז שוׂין געֶװעֶן אָפּגעֶשװאוּמעֶן פוּן יפוֹ אַ מְהַלֵך פוּן צװײֵ טעֶג, אוּן זיִ פעֶרװאָרפעֶן צוּריִק איִן יפוֹ.

אַז יוֹנה האָט דאָס דעֶרזעֶהן, האָט עֶר זיִך דעֶרפרעֵהט אוּן געֶזאָגט:

איִצט װײֵס איִך, אַז מײַן װעֶג איִז רעֶכט פאַר גאָט.

קוּמט עֶר צוּ דעֶר שיִף אוּן פרעֶגט:

— װאוּהיִן פאָהרט איִהר?

— צוּ דיִ איִנזלעֶן פוּן יַם, איִן תַּרְשִׁיש.

— פאָהר איִך אוׂיך מיִט אײַך קײַן תּרשיש.

אַז זײֵ זעֶנעֶן אָפּגעֶפאָהרעֶן אַ טאָג בּרעֶכט אוׂיס אוׂיף זײֵ אַ שטוּרם־װיִנד. אַלעֶ שיִפעֶן שװיִמעֶן רוּהיִג, נאָר אַרוּם יוֹנה׳ס שיִף קאָכט דעֶר יַם ליִנקס אוּן רעֶכטס, אוּן דיִ שיִף האַלט בּײַ אוּנטעֶרגעֵהן.

אוּן אוׂיף דעֶר שיִף זעֶנעֶן געֶװעֶן מעֶנשעֶן פוּן אַלעֶ זיִבּעֶציִג אוּמוׂת, האָבּעֶן זײֵ געֶזאָגט: זאָל יעֶדעֶר בּעֵטעֶן זײַן גאָט אוּן װעֶמעֶס גאָט ס׳װעֶט אוּנז העֶלפעֶן — דעֶר איִז דעֶר אמת׳עֶר גאָט. האָבּעֶן זײֵ אַלעֶ מִתְפַּלֵל געֶװעֶן יעֶדעֶר צוּ זײַן גאָט אוּן קײַן אײֵנעֶר האָט ניִט געֶהאָלפעֶן.

קוּמט דעֶר שיִפס־קאַפּיִטאַן צוּ יוֹנה׳ן אוּן זעֶהט װיִ עֶר דריִמעֶלט איִן אַ װיִנקעֶל, פרעֶגט עֶר איִהם:

— פוּן װעֶלכעֶן פאָלק בּיִסטוּ?

— אַ יוּד!

— איִך האָבּ געֶהעֶרט, אַז אײַעֶר גאָטט איִז גרוׂיס אוּן שטאַרק, — פאַר װאָס־זשעֶ בּעֵטסטוּ איִהם ניִט?

עֶנטפעֶרט יוֹנה: איִך װײֵס, אַז עֶס װעֶט ניִט העֶלפעֶן, װײַל דעֶר שטוּרם איִז נוּר צוּליִעבּ מיִר. נעֶהמט אוּן װאַרפט מיִך אַרײַן איִן ים, — װעֶט עֶר שטיִל װעֶרעֶן.

האָבּעֶן זײֵ איִהם אַראָפּגעֶלאָזט איִן װאַסעֶר בּיִז דיִ קניִה — איִז דעֶר יַם ↰ 143 בּאַלד שטיִל געֶװאָרעֶן. הוׂיבּעֶן זײֵ איִהם אוׂיף — הוֹיבּט דעֶר ים אָן װיִדעֶר שטוּרעֶמעֶן. לאָזעֶן זײֵ איִהם אַראָפּ בּיִז׳ן האַלז — װעֶרט װיִדעֶר שטיִל. נעֶהמעֶן זײֵ איִהם אַרוׂיס — אוּן עֶס שטוּרעֶמט װײַטעֶר. האָבּעֶן זײֵ איִהם איִנגאַנצעֶן אַרײַנגעֶװאָרפעֶן — אוּן דעֶר ים האָט זיִך עֶנדליִך איִנגאַנצעֶן בּעֶרוּהיִגט.

איִז געֶקוּמעֶן אַ גרוׂיסעֶר פיִש אוּן יוֹנה׳ן אײַנגעֶשלוּנגעֶן. אוּן יוֹנה איִז אַרײַן איִנ׳ם פיִש, װיִ איִן אַ גרוׂיסעֶן זאַל, אוּן דעֶם פיִש׳ם צװײֵ אוׂיגעֶן האָבּעֶן בּעֶלוׂיכטעֶן דיִ זאַל, װיִ צװײֵ גרוׂיסעֶ פעֶנסטעֶר.

אוּן יוֹנה איִז אָפּגעֶװעֶן איִן דיִ געֶדעֶרעֶם פוּן פיִש צװײֵ טעֶג אוּן צװײֵ נעֶכט.

אוׂיפ׳ן דריִטעֶן טאָג זאָגט צוּ איִהם דעֶר פיִש:

— איִצט איִז געֶקוּמעֶן דיִ צײַט, איִך זאָל אַרײַן צוּ׳ם לִוְיָתָן איִן מוׂיל.

זאָגט יוֹנה: פיִהר מיִך צוּ איִהם אוּן איִך װעֶל דיִך מַצִיל זײַן.

קוּמעֶן זײֵ צוּם לויתן, שרײַט־אוׂיס יוֹנה פוּן פיִש:

— לויתן, לויתן! זײַ װיִסעֶן, אַז איִך בּיִן אַרײַן איִן דיִ געֶדעֶרעֶם פוּנ׳ם פיִש, כְּדֵי אוׂיסצוּקוּקעֶן דײַן קעֶניִגרײַך. עֶס װעֶט קוּמעֶן אַ צײַט װעֶן איִך װעֶל דיִר לעֶכעֶרעֶן דיִ צוּנג מיִט אַ האָק אוּן שעֶכטעֶן דיִך צוּ דעֶר גרוׂיסעֶר סְעוּדָה פאַר דיִ צַדִיקִים.

האָט זיִך דעֶר לִוְיָתָן דעֶרשראָקעֶן אוּן אַנטלאָפעֶן פוּן יוֹנה׳ן אוׂיף אַ מְהַלֵך פוּן צװײֵ טעֶג.

זאָגט יוֹנה צוּ׳ם פיִש: דעֶרפאַר װאָס איִך האָבּ דיִך מציל געֶװעֶן פוּן לויתן׳ס מוׂיל, — בּעֶװײַז מיִר איִן װאָס געֶפוּנט זיִך איִן דיִ אָפּגרוּנדעֶן פוּן יַם. האָט עֶר איִהם אלץ געֶװיִזעֶן: דעֶם גרוׂיסעֶן שטראָם, פוּן װאַנעֶן עֶס געֶהעֶן־אַרוׂיס דיִ װאַסעֶרעֶן פוּן יַם אוֹקְיָנוּס אוּן דיִ צװעֶלף שטעֶגעֶן פוּן ים־סוּף, װאוּ דיִ יוּדעֶן זעֶנעֶן אַריִבּעֶרנעֶגאַנגעֶן, יעֶדעֶר שֵבֶט איִן אַ בּעֶזוּנדעֶר שטעֶג, דאָס אָרט פוּן װאַנעֶן עֶס געֶהעֶן־אַרוׂיס איִנדעֶן אוּן װאַלעֶן פוּן ים, אוּן דיִ זײַלעֶן, אוׂיף װעֶלכעֶ דיִ װעֶלט שטעֶהט, דעֶם גֵיהִנוֹם אוּן דיִ שְאוֹל־תַּחְתִּיָה ¹). לְסוׂף האָט עֶר איִהם געֶװיִזעֶן דעֶם גרוּנד־שטײֵן פוּן דעֶר װעֶלט אַרײַנגעֶזעֶצט איִן תְּהוֹם ²) אַקוּראַט אוּנטעֶר׳ן בֵּית־הַמִקְדָש, אוּן קוֹרַח׳ס קיִנדעֶר שטעֶהעֶן אוׂיפ׳ן שטײֵן אוּן זעֶנעֶן מִתְפַּלֵל.

זאָגט דעֶר פיִש — צוּ יוֹנה׳ן: איִצט שטעֵהסטוּ אוּנטעֶר גאָט׳ס פּאַלאַץ, שטעֶל זיִך גאָט בּעֵטעֶן, װעֶט עֶר דיִר העֶלפעֶן.

האָט יוֹנה מִתְפַּלֵל געֶװעֶן צוּ גאָט:

¹) דיִ אוּנטעֶרשטעֶ אָפּטײֵליִנג איִן גיהנוֹם. ²) אָפּגרוּנד.

↤ 144

— רִבּוֹנוֹ־שֶל־עוֹלָם! דוּ װאַרפסט אוּן הוׂיבּסט, טוׂיטסט אוּן מאַכסט לעֶבּעֶדיִג, איִצט האָסטוּ מיִך אַראָפּגעֶװאָרפעֶן אוּן איִך האַלט בּײַ׳ם שטאַרבּעֶן — הוׂיבּ מיִך אוׂיף אוּן לאָז מיִך לעֶבּעֶן.

אוּן גאָט האָט זײַן תְּפִלָה ניִט אָנגעֶנוּמעֶן — בּיִז עֶר האָט געֶזאָגט:

— מײַן נֵדֶר װעֶל איִך בּעֶצאָהלעֶן: אַז משיח װעֶט קוּמעֶן, װעֶל איִך שעֶכטעֶן דעֶם לִוְיָתָן צוּ דעֶר סְעוּדָה פאַר צַדִיקִים.

האָט בּאַלד גאָט אַ װיִנק געֶטהוּן דעֶם פיִש, עֶר זאָל יוֹנה׳ן אוׂיסשפּײַעֶן אוׂיף דעֶר יַבָּשָׁה.

מְרוֹדַאךְ בֶּן בַּלְאַדָן.

מְרוֹדַאך־בַּלְאַדָן דעֶר מֶלֶך פוּן בָּבֶל איִז געֶװעֶן געֶװאוׂינט צוּ אָנבּײַסעֶן אַלעֶ טאָג נײַן איִן דעֶר פריִה אוּן נאָכדעֶם שלאָפעֶן בּיִז דרײַ בּײַטאָג.

אוּן אַז יְשַעְיָה הַנָבִיא האָט דעֶם מֶלֶך חִזְקִיָהוּ געֶװיִזעֶן אַ מוׂפֵת ¹) אוּן דיִ זוּן האָט זיִך אָפּגעֶדרעֶהט צוּריִק אוׂיף צעֶהן שָעָה, איִז מרוֹדאך אוׂיפגעֶשטאַנעֶן נאָך מיִטאָג אוּן געֶזעֶהן, אַז ס׳איִז עֶרשט פאַר טאָג; האָט עֶר געֶמײֵנט, אַז עֶר איִז אָפּגעֶשלאָפעֶן אַ טאָג מיִט אַ נאַכט, אוּן געֶװאָלט אוׂיס׳הַרְגנ׳עֶן אַלעֶ זײַנעֶ קנעֶכט, פאַר װאָס זײֵ האָבּעֶן איִהם ניִט אוׂיפגעֶװעֶקט צוּ דעֶר צײַט.

זאָגעֶן זײֵ: אַדוני קעֶניִג! מיִר זעֶנעֶן ניִט שוּלדיִג.

— וׂיעֶר דעֶן איִז שוּלדיִג?

— דעֶר טאָג! דלט זוּהן האָט זיִך אוּמגעֶקעֶהרט צוּריִק.

— אוּן װעֶר האָט עֶס אַזוׂי געֶמאַכט?

— דעֶר יוּדיִשעֶר גאָט. עֶר איִז שטאַרקעֶר פוּן אַלעֶ געֶטעֶר!

האָט בּאַלד מרוֹדאך געֶשיִקט מַתָּנוׂת צוּ חזקיהוּ המלך מיִט אַ בּריִעף:

„פריִעד צוּ חזקיה׳ן, פריִעד צוּ יְרוּשָלַיִם אוּן פריִער צוּ׳ם גרוׂיסעֶן גאָט פוּן יִשְׂרָאֵל”.

װיִ עֶר האָט אָפּגעֶשיִקט דעֶם בּריִעף, האָט עֶר זיִך בּעֶטראַכט: ניִט רעֶכט האָבּ איִך געֶטהוּן! צוּעֶרשט געֶגעֶבּעֶן שָלוׂם חזקיה׳ן, דעֶרנאָך דעֶר שטאָדט יְרוּשָלַיִם אוּן גאָט — צוּלעֶצט.

איִז עֶר אוׂיפגעֶשטאַנעֶן פוּן שׁטוּל אוּן געֶמאַכט דרײַ טריִט, אוּמצוּקעֶהרעֵן דיִ שְלוּחִים, אוּן איִבּעֶרגעֶשריִבּעֶן דעֶם בּריִעף:

¹) װאוּנדער.

↤ 145

„שָלוׂם דעֶם גרוׂיסעֶן גאָט, שָלוׂם דעֶר שטאָדט יְרוּשָלַיִם אוּן שָלוׂם חִזְקִיָהוּ׳ן”.

האָט גאָט געֶזאָגט:

— דוּ האָסט געֶמאַכט דרײַ טריִט פוּן מײַן כָּבוֹד װעֶגעֶן, דעֶרפאַר װעֶל איִך פוּן דײַנעֶ קיִנדעֶר קרוׂינעֶן דרײַ מְלָכִים, װאָס װעֶלעֶן געֶװעֶלטיִגעֶן פוּן אײֵן עֶק װעֶלט בּיִז׳ן אַנדעֶרעֶן: נְבוּכַדְנֶצַר, אֱוִיל־מְרוֹדַאך אוּן בֵּלְשֵצַר.

מְנַשֶׁה אוּן יְשַׁעְיָה הַנָבִיא.

אַז מְנַשֶה האָט געֶשטעֶלט אַן אָפּגאָט איִן בֵּית־הַמִקְדָש, איִז יְשַעְיָה הַנָביא געֶקוּמעֶן אוּן איִהם אָנגעֶהוׂיבּעֶן צוּ שטראָפעֶן:

— אַזוׂי האָט גאָט געֶזאָגט: װאָס גרוׂיסט איִהר זיִך מיִט׳ן בּית־המקדש? היִמעֶל אוּן עֶרד זעֶנעֶן צוּ קלײֵן פאַר מיִר, הײַנט װאָס פאַר אַ הוֹיז קעֶנט איִהר פאַר מיִר בּוׂיעֶן? נבוּכדנצר װעֶט קוּמעֶן אוּן פעֶרבּרעֶנעֶן דאָס הוׂיז אוּן אײַך פעֶרטרײַבּעֶן איִן גָלוּת.

איִז מְנַשֶה געֶװאָרעֶן איִן כַּעַס אוּן געֶהײֵסעֶן זײַנעֶ קנעֶכט: חאַפּט איִהם! איִז ישעיה אַנטלאָפעֶן איִן װאַלד אוּן זײֵ — נאָך איִהם. אַז זײֵ האָבּעֶן איִהם דעֶריאָגט, האָט עֶר געֶזאָגט אַ שֵׁם — אוּן איִז אײַנגעֶשלוּנגעֶן געֶװאָרעֶן איִן אַ צעֶדעֶרבּוׂים, נאָר דיִ פראַנזעֶן פוּן זײַן מאַנטעֶל האָבּעֶן אַרוׂיסגעֶשטעֶקט פוּן דרוׂיסעֶן. האָט מנשה געֶהײֵסעֶן בּרעֶנגעֶן האָלצזעֶגעֶרס אוּן זײֵ האָבּעֶן געֶנוּמעֶן אוּנטעֶרזעֶגעֶן דעֶם בּוׂים, אוּן בּלוּט האָט געֶשפּריִצט פוּן שטאַם. װיִ דיִ זעֶג האָט דעֶרגרײֵכט צוּ יְשַעְיָה׳ס מוׂיל, איִז זײַן נְשָמָה אַרוׂיס, װײַל עֶר האָט געֶזיִנדיִגט מיִט׳ן מוׂיל אוּן געֶזאָגט: „איִך זיִן צמיִשעֶן אַ פאָלק מיִט אוּמרײֵנעֶ ליִפּעֶן”.

מְנַשֶה׳ס טוׂיט.

אַז דעֶר מֶלֶך פוּן בָּבֶל האָט געֶפאַנגעֶן מְנַשֶה׳ן האָט עֶר איִהם געשמיִדט אוּן אַרײַנגעֶװאָרפעֶן איִן אַ קוּפּעֶרנעֶם קעֶסעֶל מיִט לעֶכעֶר אוּן אוּנטעֶרגעֶהײֵצט פוּן אַלעֶ זײַטעֶן. האָט מנשה אָנגעֶהוׂיבּעֶן מִתְפַּלֵל זײַן צוּ אַלעֶ אָפּגעֶטעֶר, ניִט דוּרכגעֶלאָזעֶן קײַן אײֵנציִגעֶ עֲבוֹדָה־זָרָה, אוּן אַלץ ניִט געֶהאָלפעֶן געֶװאָרעֶן. צוּלעֶצט האָט עֶר זיִך דעֶרמאָהנט, װיִ זײַן פאָטעֶר חִזְקִיָהוּ פלעֶגט לײֵעֶנעֶן דעֶם פָּסוּק: „אַז דיִר װעֶט עֶנג װעֶרעֶן אוּן אַלעֶ צָרוׂת װעֶלעֶן דיִך טרעֶפעֶן, װעֶסטוּ זיִך אוּמקעֶהרעֶן צוּ דײַן גאָט” — האָט עֶר געֶזאָגט:

↤ 146

— איִך װעֶל פּרוּבעֶן! עֶנטפעֶרט עֶר מיִר — איִז רעֶכט, װעֶן ניִט איִז אַ סִימָן, אַז אַלעֶ געֶטעֶר זעֶנעֶן גלײַך.

האָבּעֶן דיִ מַלְאָכִים געֶנוּמעֶן צוּשליִסעֶן אַלעֶ פעֶנסשעֶר פוּן היִמעֶל, זײַן תְּפִלָה זאָל ניִט דעֶרגרײֵכעֶן, אוּן געֶזאָגט האָבּעֶן זײֵ צוּ גאָט:

— דוּ העֶר פוּן אַלעֶ װעֶלטעֶן! דעֶר מעֶנש װאָס האָט געֶשטעֶלט אַן אָפּגאָט איִן בֵּית־הַמִקְדָש, — װיִ קעֶן תְּשוּבָה ¹) איִהם העֶלפעֶן?

— אוׂיבּ אַזוׂי — עֶנטפעֶרט גאָט — פעֶרשליִסט איִהר דאָך דיִ טיִרעֶן פאַר יעֶדעֶר בַּעַל־תְּשוּבָה ²).

װאָס־זשעֶ האָט גאָט געֶטהוּן? עֶר האָט אוׂיסגעֶהוׂילט אַ דוּרכגאַנג אוּנטעֶר׳ן כִּסֵא־הַכָּבוׂד ³), — איִז אַהיִן אַרײַן מְנַשֶה׳ס תְּפִלָה אוּן אָנגעֶנוּמעֶן געֶװאָרעֶן.

יְהוׂיָקִים אוּן יְכָנְיָה.

אַז יְהוׂיָקִים מֶלֶך יְהוּדָה האָט געֶמאַכט אַ אוׂיפשטאַנד געֶגעֶן נְבוּכַדְנֶצַר מֶלֶך בָּבֶל, איִז נבוּכדנצר געֶקוּמעֶן חָרוּב מאַכעֶן ירוּשלים אוּן געֶבּליִבּעֶן שטעֵהן איִן דַפְנֵי, דעֶר פאָר־שטאָדט פוּן אַנְטְיוֹכְיָה. זעֶנעֶן דיִ סַנְהֶדְרִין צוּ איִהם געֶקוּמעֶן אוּן געֶפרעֶגט:

— איִז שוׂין דעֶן געֶקוּמעֶן דיִ צײַט אַז ירוּשלים זאָל חָרוּב װעֶרעֶן? עֶנטפעֶרט עֶר: נײֵן! נאָר יהוׂיקים האָט איִן מיִר מוֹרֵד ⁴) געֶװעֶן, גיִט מיִר איִהם איִבּעֶר, — װעֶל איִך מיִר אַװעֶקגעֵהן.

זעֶנעֶן זײֵ געֶקוּמעֶן צוּ יהוׂיקים׳עֶן אוּן איִהם געֶזאָגט, װאָס נבוּכדנצר פעֶרלאַנגט, פרעֶגט עֶר זײֵ:

— איִז דעֶן אַזוׂי דעֶר דיִן? מעֶג מעֶן דעֶן אַרוׂיסגעֶבּעֶן אַ נֶפֶש פאַר אַ נֶפֶש? עֶס שטעֵהט דאָך איִן דעֶר תּוֹרָה: „אַן אַנטלאָפעֶנעֶם קנעֶכט זאָלסטוּ ניִט אַרוׂיסגעֶבּעֶן צוּ זײַן העֶר”!

עֶנטפעֶרעֶן זײֵ איִהם:

— מַפְקִיר ⁵) זײַן אײֵן מעֶנשעֶן כְּדֵי מַצִיל צוּ זײַן אַ גאַנצעֶ שטאָדט — מעֶג מעֶן! דײַן עֶלטעֶר־בּאָבּעֶ האָט אוׂיך אַזוׂי געֶטהוּן: װעֶן דָוִד הַמֶלֶך האָט בּעֶלאַגעֶרט דיִ שטאָדט תְּקוֹעַ, האָט דיִ קלוּגעֶ פרוׂי פוּן תּקוֹע געֶזאָגט: „שֶׁבַע ↰ 147 בֶּן בִּכְרִי האָט דיִך געֶשאָלטעֶן — װאַרפעֶן מיִר דיִר אַרוׂיס זײַן קאָפּ, אוּן טרעֶט־אָפּ פוּן שטאָדט”.

¹) חרטה. ²) דָעֶר װאָס האָט חרטה אוׂיף זײַנעֶ זיִנד. ³) גאָט׳ס שטוּל. ⁴) זיִך צוּבּוּנטעֶװעֶט. ⁵) לאָזעֶן הפקר, ניִט בּעֶשיִצט.

אוּן יהוׂיקים האָט ניִט געֶפאָלגט, אוּן זיִך ניִט איִבּעֶרגעֶגעֶבּעֶן מיִט׳ן גוּטעֶן װיִלעֶן, האָבּעֶן זײֵ איִהם געֶשמיִדט אוּן אַראָפּגעֶלאָזעֶן פוּן טוׂיעֶר אוׂיף אײַזעֶרנעֶ קײֵטעֶן

אוּן נְבוּכַדְנֶצַר האָט זײַן טוׂיטעֶן קעֶרפּעֶר אַרוּסגעֶפיִהרט איִבּעֶר דיִ שטעֶדט פוּן יְהוּדָה, געֶשניִטעֶן זײַן פלײֵש שטיִקליִך־װײַז אוּן געֶװאָרפעֶן פאַר היִנט, אוּן דעֶרמיִט איִז מְקוּיָם געֶװאָרעֶן דיִ רעֵד פוּן יִרְמְיָהוּ הַנָבִיא, אַז „עֶר װעֶט בּעֶגראָבּעֶן װעֶרעֶן װיִ אַן עֵזעֶל” — װאוּ װעֶרט אַן עֵזעֶל בּעֶגראָבּעֶן? איִן דיִ געֶדעֶרעֶם פוּן היִנט.

אוּן נְבוּכַדְנֶצַר האָט געֶקרוׂינט יְכָנְיָה׳ן אוׂיף יְהוׂיָקִים׳ס אָרט אוּן זיִך אוּמגעֶקעֶהרט קײַן בָּבֶל. זעֶנעֶן דיִ שטאָדט־לײַט איִהם אַרוׂיס אַנטקעֶגעֶן אוּן געֶפרעֶגט: װאָס האָסטוּ אוׂיפגעֶטהוּן? האָט עֶר געֶעֶנטפעֶרט:

— יהוׂיקים האָט איִן מיִר מוֹרֵד געֶװעֶן, — האָבּ איִך איִהם געֶטוׂיט אוּן יכניה׳ן געֶזעֶצט אוׂיף זײַן שטוּל.

עֶנטפעֶרעֶן זײֵ איִהם מיִט אַ שפּריִכװאָרט:

„אַ גוּט הוּנטעֶל פוּן אַ שלעֶכטעֶר צוׂיג
האָט נאָך ניִשט געֶזעֶהן קײַן אוׂיג”.

האָט עֶר זײֵ געֶפאָלגט אוּן װיִדעֶר אַװעֶק קײַן יְרוּשָלַיִם. אוּן דיִ סַנְהֶדְרִין זעֶנעֶן איִהם אַרוׂיס אַנטקעֶגעֶן צוּם פאָר־פּלאַץ ¹) פוּן אַנְטְיוֹכְיָה אוּן געֶפרעֶגט:

— איִז דעֶן געֶקוּמעֶן דיִ צײַט ירוּשלים זאָל חָרוּב װעֶרעֶן?

עֶנטפעֶרט עֶר: נײֵן! איִך װיִל נוּר בּוּנדעֶן יכניה׳ן אוּן זעֶצעֶן איִהם איִן געֶפעֶנגניִש.

אוּן אַזוׂי האָט עֶר געֶטהוּן.

רַבִּי פְּרֵידָא׳ס זײֵדעֶ האָט אַ מאָל בּײַ׳ם טוׂיעֶר פוּן ירוּשלים געֶפוּנעֶן אַ מעֶנשעֶן־שאַרבּעֶן, װאָס אוׂיף איִהם איִז געֶװעֶן אָנגעֶשריִבּעֶן: „דאָס אוּן נאָך עֶטװאָס”.

¹) אַ פרײַעֶר פּלאַץ, היִנטעֶר׳ן שטאָדט.

האָט עֶר דעֶם שאַרבּעֶן מְקַבֵּר געֶװעֶן, איִז עֶר װיִדעֶר אַרוׂיסגעֶשפּראָצט ↰ 148 פוּן דעֶר עֶרד. האָט עֶר פעֶרשטאַנעֶן, אַז דאָס איִז דעֶר שאַרבּעֶן פוּן יהוׂיקים׳ן, װיִ יִרְמְיָה האָט אוׂיף איִהם נְבִיאוֹת געֶזאָגט: „װיִ אַן עֵזעֶל װעֶט עֶר בּעֶגראָבּעֶן װעֶרעֶן. פעֶרשלעֶפּט אוּן פעֶרװאָרפעֶן אוׂיף יעֶנעֶר זײַט טוׂיעֶר פוּן ירוּשלים”.

טראַכט עֶר בּײַ זיִך: עֶר איִז פאָרט אַ מֶלֶך, איִז עֶס ניִט קײַן דֶרֶך־אֶרֶץ ¹), מעֶן זאָל איִהם מְבַזֶה ²) זײַן. האָט עֶר דעֶם שאַרבּעֶן אײַנגעֶװיִקעֶלט אוּן בּעֶהאַלטעֶן איִן אַ קאַסטעֶן.

אוּן דיִ פרוׂי זײַנעֶ האָט געֶזעֶהן װאָס עֶר טהוּט אוּן דעֶרצעֵהלט דיִ שְכֵנוׂת. זאָגעֶן זײֵ איִהר: „דאָס איִז געֶװיִס דעֶר שאַרבּעֶן פוּן זײַן עֶרשטעֶר פרוׂי! עֶר קעֶן זיִ אַלץ ניִט פעֶרגעֶסעֶן”. נעֶהמט זיִ דעֶם שאַרבּעֶן אוּן פעֶרבּרעֶנט איִהם איִן אוׂיבעֶן.

אַז רַבִּי פְּרֵידָא׳ם זײֵדעֶ האָט עֶס דעֶרזעֶהן האָט עֶר געֶזאָגט: אָט דאָס מײֵנט דיִ אוׂיפשריִפט — „דאָס אוּן נאָך עֶטװאָס”.

¹) פּאַסיִג, אַנשטעֶנדיִג. ²) שענדען.

↤ 149

דעֶר חוּרְבַּן פוּן עֶרשטעֶן בֵּית־הַמִקְדָש.
דעֶר הוּנגעֶר.

נְבוּכַדְנֶצַר׳ס חַיִל האָט לאַנג בּעֶלאַגעֶרט יְרוּשָלַיִם אוּן דעֶר הוּנגעֶר איִז אַלעֶ מאָל שטאַרקעֶר אוּן שטאַרקעֶר געֶװאָרעֶן. טוׂיט־הוּנגעֶריִגעֶ האָבּעֶן דיִ רײַכסטעֶ טעֶכטעֶר פוּן צִיוֹן זיִך איִן דיִ מעֶרק אַרוּמגעֶבּלאָנקעֶט, אײֵנעֶ בּעֶגעֶגעֶנט דיִ אַנדעֶרעֶ אוּן פרעֶגט: „װיִ קוּמסטוּ דאָ איִן מאַרק, װײַל דוּ לעֶבּסט האָסטוּ דאָך דיִ שװעֶל פוּן דײַן הוׂיז ניִט איִבּעֶרגעֶטראָטעֶן?” אוּן יעֶנעֶ עֶנטפעֶרט: „װאָס זאָל איִך פוּן דיִר לײֵקעֶנעֶן, דיִ פּלאָג פוּן הוּנגעֶר איִז זעֵהר שװעֶר, — ניִט אַריִבּעֶרצוּטראָגעֶן”. נעֶהמעֶן זײֵ זיִך פאַר דיִ העֶנד אוּן געֶהעֶן אַרוּם צוּזאַמעֶן איִבּעֶר׳ן שטאָדט זוּכעֶן עֶטװאָס צוּ עֶסעֶן אוּן געֶפיִנעֶן ניִט.

אוּן פעֶרשמאַכטעֶ נעֶהמעֶן זײֵ אַרוּם דיִ זײַלעֶן אוּן פאַלעֶן טוׂיטעֶ איִן יעֶדעֶן װיִנקעֶל.

אוּן דיִ זוֹיגעֶדיִגעֶ קיִנדעֶרליִך זײֵעֶרעֶ קריִכעֶן אַרוּם אוׂיף אַלעֶ פיִער, בּיִז יעֶדעֶס קיִנד געֶפיִנט זײַן מוּטעֶר, קלעֶטעֶרט עֶס אַרוׂיף, נעֶהמט אַרײַן איִן מוׂיל דיִ בּרוּסט אוּן װיִל זוׂיגעֵן, ציִהט זיִך קײַן מילך ניִט אוּן דיִ יוּנגעֶ קיִנדעֶרליִך געֶהעֶן־אוׂיס איִן דעֶר מוּטעֶר׳ס שוׂיס.

יִרְמְיָה הַנָבִיא.

איִן דעֶר צײַט האָט גאָט בּעֶפוׂילעֶן יִרְמְיָה׳ן:

— שטעֶה־אוׂיף אוּן געֵה קײַן עֲנָתוֹת אוּן קוׂיף־אָפּ דאָס פעֶלד בּײַ חֲנַמְאֵל דײַן פעֶטעֶר ¹).

¹) דערמיִט האָט איִהם גאָט געמײֵנט ניִבּען נאָך אַ האָפנוּנג, אַז אוׂיבּ יוּדען װעלען תּשוּבה טהוּן װעט דיִ גזירה פוּנ׳ם חוּרבּן צוּריִקגענוּמען װערען, אוּן דער יִשוּב איִן לאַנד װעט זײַן װיִ פריִהער.

↤ 150

װיִ יִרְמְיָה איִז אַרוׂיס פוּן יְרוּשָלַיִם איִז אַראָפּ אַ מַלְאָך פוּן היִמעֶל אוׂיפ׳ן מוׂיעֵר פוּן שטאָדט, אײַנגעֶבּראָכעֶן זיִ מיִט אַ שטוׂיס פוּן דיִ פיִס אוּן דעֶרבּײַ אוׂיסגעֶשריִעֶן:

— זאָל דעֶר שׂוֹנֵא אַרײַן איִן דעֶם הוׂיז, װאָס זײַן העֶר האָט עֶס פעֶרלאָזעֶן, אוּן זאָל עֶס צוּרוׂיבּעֶן אוּן פעֶרװיִסטעֶן; זאָל עֶר אַרײַן איִן דעֶם װײַנגאָרטעֶן, װאָס דעֶר היִטעֶר האָט עֶס אוׂיף הֶפְקֵר געֶלאָזעֶן, אוּן זאָל איִהם צוּהאַקעֶן אוּן פעֶרדאַרבּעֶן, אוּן אַז עֶר װעֶט װעֶלעֶן זיִך בּעֶריִהמעֶן מיִט זײַן נִצָחוׂן — װעֶט מעֶן איִהם זאָגעֶן:

— אַ צוּשטעֶרטעֶ שטאָדט האָסטוּ צוּשטעֶרט, אַ טוׂיט פאָלק געֶ׳הַרְג׳עֶט, אוּן אוּנטעֶרגעֶצוּנדעֶן אַ פעֶרבּרעֶנט הוׂיז.

דיִ שְׂרֵפָה.

אוּן דיִ פײַנד זעֶנעֶן אַרײַן איִן שטאָדט אוּן אוׂיסגעֶבּוׂיט אַ בִּימָה ¹) אוׂיפ׳ן הַר־הַבַּית ²). איִז אוׂיסגעֶקוּמעֶן דאָס אָרט, װאוּ שלמה המלך פלעֶגט זיִצעֶן אוּן בּעֶראָטעֶן זיִך מיִט דיִ זְקֵנִים, װיִ דעֶם בֵּית־הַמִקְדָש צוּ בּעֶפּוּצעֶן, — דאָרט האָבּעֶן דיִ שׂוׂנְאִים געֶהאַלטעֶן אַן עֵצָה, װיִ פעֶרבּרעֶנט מעֶן איִהם.

װיִ זײֵ זיִצעֶן אַזוׂי אוּן בּעֶראָטעֶן זיִך, דעֶרזעֶהעֶן זײֵ, װיִ פיִער מַלְאָכִים ניִדעֶרעֶן אַראָפּ אוּן האַלטעֶן איִן דיִ העֶנד פיִער פלאָמעֶן פײַעֶר, אוּן דיִ מלאָכים האָבּעֶן אוּנטעֶרגעֶצוּנדעֶן אַלעֶ פיִער װיִנקלעֶן.

איִן דעֶר צײַט זעֶנעֶן דיִ לְוִיִם געֶשטאַנעֶן איִנװעֵניִג אוּן געֶזאָגט שִׁירָה. אוּן װיִ זײֵ זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן צוּ׳ם פָּסוּק: „גאָט זאָל זײֵ דיִ שוׂנאים בּעֶצאָהלעֶן זײֵעֶר לוׂין אוּן אוׂיסראָטעֶן זײֵ פאַר זײֵעֶר שלעֶכטס”, — זעֶנעֶן דיִ שוׂנאים אָנגעֶקוּמעֶן.

װיִ דעֶר כּוֹהֵן־גָדוׂל האָט דעֶרזעֶהן, אַז דעֶר בּית־המקדש בּרעֶנט, איִז עֶר אַרוׂיף אוׂיפ׳ן דאַך אוּן יוּנגעֶ כּוֹהֲנִים נאָך איִהם גרוּפּעֶס־װײַז מיִט דיִ שליִסלעֶן פוּן בּית־המקדש איִן דיִ העֶנד. אוּן זײֵ האָבּעֶן אוׂיסגעֶשטרעֶקט דיִ העֶנד צוּ׳ם היִמעֶל אוּן געֶזאָגט:

— רִבּוׂנוׂ־שֶל־עוׂלָם! אַזוׂי װיִ מיִר האָבּעֶן ניִט זוֹכֶה געֶװעֶן צוּ בּלײַבּעֶן טרײַעֶ היִטעֶר פוּן דײַן הײֵליִג הוׂיז, נעֶהם־זשעֶ צוּ בּײַ אוּנז דיִ שליִסעֶל!

איִז אַרוׂיס אַ האַנד פוּן היִמעֶל אוּן צוּגעֶנוּמעֶן אַלעֶ שליִסעֶל.

¹) עסטראַדע. ²) דער בּאַרג פוּן בּית־המקדש.

אוּן דיִ שוׂנאים האָבּעֶן געֶחאַפּט דעֶם כּוֹהן־גדוׂל אוּן געֶשאָכטעֶן איִהם ↰ 151 בּײַ׳ם מִזְבֵּחַ, אוׂיף דעֶם אָרט װאוּ עֶר פלעֶגט מַקְרִיב זײַן דעֶם קֳרְבַּן תָּמִיד ¹).

דעֶם כּוֹהֵן־גָדוׂל׳ס טאָכטעֶר האָט אַנטלוׂיפעֶנדיִג געֶזעֶהן, װאָס מעֶן טהוּט מיִט איִהר פאָטעֶר אוּן אָנגעֶהוׂיבּעֶן צוּ װײֵנעֶן אוּן קלאָגעֶן, האָט מעֶן זיִ געֶחאַפּט אוּן אוׂיך געֶקוׂילעֶט אוּן ס׳האָט זיִך צוּנוׂיפגעֶמיִשט דעֶר בּײֵדעֶנס בּלוּט.

װיִ דיִ לְוִיִם האָבּעֶן דעֶרזעֶהן, אַז דעֶר בֵּית־הַמִקְדָש בּרעֶנט, האָבּעֶן זײֵ פעֶרנוּמעֶן זײֵעֶרעֶ פיִדלעֶן אוּן פלײֵטעֶן אוּן אַרײַנגעֶשפּרוּנגעֶן איִן פײַעֶר.

אוּן דיִ יוּנגעֶ פרוׂיעֶן, װאָס װעֶבּעֶן דיִ פָּרוֹכֶת׳עֶן, האָבּעֶן פעֶרנוּמעֶן זײֵעֶר װעֶבּ־געֶצײַג אוּן אוׂיך זיִך אַרײַנגעֶװאָרפעֶן איִן פײַעֶר אוּן פעֶרבּרעֶנט געֶװאָרעֶן.

צִדְקִיָהוּ הַמֶלֶך.

אוּן צִדְקִיָהוּ מיִט זײַנעֶ קיִנדעֶר האָבּעֶן זיִך געֶלאָזט לוׂיפעֶן דוּרך אַ טוּנעֶל, װאָס האָט זיִך געֶצוׂיגעֶן אוּנטעֶר דעֶר עֶרד פוּן קעֶניִגליִכעֶן פּאַלאַץ בּיִז דיִ סטעֶפּעֶס פוּן יְרִיחוֹ.

דעֶרװײַל האָבּעֶן דיִ כַּשְדִים דעֶרזעֶהן אַ היִרש אוּן איִהם געֶנוּמעֶן נאָכיאָגעֶן, איִז עֶר געֶלאָפעֶן גלײַך איִבּעֶר׳ן טוּנעֶל אוּן זײֵ נאָך איִהם — בּיִז צוּ דיִ סטעֶפּעֶס פוּן יריחוֹ אוּן האָבּעֶן זיִך אָנגעֶשטוׂיסעֶן מיִט צדקיהוּ׳ן אוּן זײַנעֶ קיִנדעֶר איִן דעֶר רֶגַע, װעֶן זײֵ זעֶנעֶן אַרוׂיס פוּן אוּנטעֶר דעֶר עֶרד.

האָט מעֶן זײֵ געֶחאַפּט אוּן נְבוּזַרְאֲדָן דעֶר שעֶכט־מײַסטעֶר האָט זײֵ אָפּגעֶשיִקט צוּ נְבוּכַדְנֶצַר׳עֶן.

בּעֶט זיִך צדקיהוּ פאַר נבוּכדנצר: הַרְג׳עֶ מיִך פריִהעֶר, איִך זאָל ניִט זעֶהן מײַנעֶ קיִנדעֶר׳ס טוׂיט, אוּן זײֵ בּעֶטעֶן: טוׂיט אוּנז פריִהעֶר, מיִר זאָלעֶן ניִט זעֶהן, װיִ דוּ פעֶרגיִסט אוּנזעֶר פאָטעֶר׳ס בּלוּט.

אוּן נבוּכדנצר האָט אַזוׂי געֶטהוּן: פריִהעֶר האָט עֶר זײֵ געֶשאָכטעֶן, דעֶרנאָך האָט עֶר צדקיהוּ׳ן אוׂיסגעֶשאָכטעֶן דיִ אוׂיגעֶן אוּן זײֵ פעֶרבּרעֶנט איִן אוׂיבעֶן, אוּן איִהם אַלײֵן האָט עֶר געֶבּראַכט געֶשמיִדט איִן בָּבֶל.

אוּן אוׂיף דעֶם האָט דעֶר מְקוֹנֵן געֶקלאָגט:

„עַל אֵלֶה אֲנִי בּוֹכִיָה” — אָט אוׂיף װאָס איִך װײֵן: װאוּ איִז זײַן מוּטה געֶװעֶן? װאוּ איִז זײַן דרײַסט היִנגעֶקוּמעֶן? געֶזעֶהן װיִ מעֶ נעֶהמט איִהם אוׂיסשטעֶכעֶן דיִ אוׂיגעֶן אוּן קײַן מוּטה איִן זיִך ניִשט געֶפוּנעֶן דעֶם קאָפּּ איִן װאַנד ↰ 152 צוּשמעֶטעֶרעֶן, זיִך אַלײֵן דאָס לעֶבּעֶן נעֶהמעֶן אוּן דעֶר פײַנד זאָל זיִך איִבּעֶר איִהם ניִשט לוּסטיִג מאַכעֶן.

¹) װאָס סע פלעגט יעדען טאָג מקריב זײַן.

יִרְמְיָה נאָכ׳ן חוּרְבָּן.

אַז ירמיה איִז אַרוׂיס פוּן ,עֲנָתוׂת אוּן געֶלאָזט זיִך געֵהן צוּריִק קײַן יְרוּשָלַיִם, האָט עֶר דעֶרזעֶהן פוּן װײַטעֶן, װיִ אַ רוֹיך געֵהט פוּן בֵּית־הַמִקְדָש — אוּן געֶטראַכט איִן האַרצעֶן: אֶפְשַר האָבּעֶן דיִ יוּדעֶן תְּשוּבָה געֶטהוּן אוּן בּרעֵנגעֶן איִצט קָרְבָּנוֹת? איִז דאָס אפשר דעֶר רוֹיך פוּן קְטוׂרֶת?

איִז עֶר אַרוׂיף אוׂיפ׳ן טוׂיעֶר אוּן דעֶרזעֶהן, װיִ דעֶר בּית־המקדש ליִגט איִן הוׂיפעֶן אַש אוּן פעֶרבּרעֶנטעֶ שטײֵנעֶר — האָט עֶר אָנגעֶהוׂיבּעֶן צוּ שרײַעֶן אוּן קלאָגעֶן: „אָ גאָט, דוּ האָסט מיִך פעֶרפיִהרט אוּן איִך האָבּ זיִך געֶלאָזט פעֶרפיִהרעֶן!” ¹)

לאָזט זיִך ירמיה געֵהן װײַטעֶר, געֵהט אוּן קלאָגט:

„מיִט װעֶלכעֶן װעֶג זעֶנעֶן זײֵ אַװעֶק, דיִ זיִנדיִגעֶ,
מיִט װעֶלכעֶן שטעֶג זעֶנעֶן זײֵ אַװעֶק, דיִ עֶלעֶנדעֶ, —
װעֶל איִך געֵהן אוּן אוּמקוּמעֶן מיִט זײֵ איִנאײֵנעֶם”.

געֵהט עֶר מיִט׳ן װעֶג אוּן זעֶהט, װיִ דעֶר שטוׂיבּ איִז נאַס, בּעֶשפּריִצט מיִט בּלוּט, בּוׂיגט עֶר זיִך אײַן אוּן זעֶהט טריִט פוּן קלײֵנעֶ קיִנדעֶר, װאָס מ׳האָט געֶפיִהרט געֶפאַנגעֶן, פאַלט עֶר אוׂיף דעֶר עֶרד אוּן קוּשט דיִ טריִט זײֵעֶרעֶ. געֵהט עֶר װײַטעֶר אוּן דעֶריאָגט אַ גרוּפּעֶ בּחוּרים, געֶבּוׂיגעֶן דעֶם האַלז איִן אײַזעֶרנעֶ שטאַנגעֶן, — טהוּט עֶר אַרײַן זײַן קאָפּּ איִן שטאַנג אוּן העֶלפט זײֵ שלעֶפּעֶן דעֶם יאָך, קוּמט נְבוּזַרְאַדָן אוּן נעֶהמט איִהם צוּ פוּן דאָרט.

זעֶהט עֶר, װיִ גרוׂיעֶ זְקֵנִים געֵהעֶן געֶשמיִדט איִן שװעֶרעֶ קײֵטעֶן, — פאַלט עֶר צוּ צוּ זײֵ מיִט׳ן קאָפּ. קוּמט נבוּזראַדן אוּן רײַסט איִהם אָפּ פוּן זײֵ.

געֵהט מעֶן צוּשײֵדטעֶ אוּן מעֶ װײֵנט אײֵנעֶר אוׂיפ׳ן אַנדעֶרעֶן קוּקעֶנדיִג.

אַזוׂי האָט עֶר זײֵ בּעֶגלײֵט בּיִז׳ן טײַך פְּרָת. דאָרט האָט עֶר זיִך מיִט זײֵ צוּזעֶגעֶנט אוּמצוּקעֶהרעֶן זיִך צוּ דיִ חוּרְבוׂת פוּן יְרוּשָלַיִם, צוּ טרײֵסטעֶן דיִ װאָס זעֶנעֶן דאָרט געֶבּליִבּעֶן.

װיִ דיִ פעֶרטריִבּעֵנעֶ האָבּעֶן געֶזעֶהן, אַז יִרמיה שײֵדט זיִך אָפּ פוּן זײֵ, האָבּעֶן זײֵ אָנגעֶהוׂיבּעֶן צוּ װײֵנעֶן:

¹) מיִט דעם װאָס גאָט האָט איִהם געשיִקט קויפען אַ פעלד איִן ענתות.

↤ 153

— יִרְמְיָה אוּנזעֶר פאָטעֶר, אוׂיף װעֶמעֶן לאָזטוּ אוּנז?

עֶנטפעֶרט זײֵ יִרמיה:

— היִמעֶל אוּן עֶרד זעֶנעֶן מײַנעֶ עֵדוּת, אַז װעֶן איִהר װײֵנט אַזוׂי אײֵן מאָל איִן צִיוֹן ¹) — װאָלט איִהר איִצט ניִט פעֶרטריִבּעֶן געֶװאָרעֶן.

מיִט אַ פעֶרװײֵטיִגט האַרץ געֵהט יִרמיה צוּריִק קײַן ירוּשליִם. אוׂיפ׳ן גאַנצעֶן װעֶג זעֶהט עֶר ליִגעֶן צוּזײֵעֶט אוּן צוּװאָרפעֶן פוּן זײַנעֶ בּריִדעֶר פיִנגעֶר פוּן העֶנד אוּן פוּן פיִס אוּן אַנדעֶרעֶ אָפּגעֶהאַקטעֶ גליִדעֶר, קלוׂיבּט עֶר דיִ צעֶרטליִך אוׂיף אײֵנציִגװײַס אוּן בּעֶהאַלט זײֵ איִן זײַן קלײֵד, װײֵנט אוׂיף זײֵ אוּן קלאָגט: קיִנדעֶר מײַנעֶ, פאַר װאָס האָט איִהר מיִך ניִשט געֶפאָלגט אײֵדעֶר דעֶר פיִנסטעֶרעֶר טאָג איִז אָנגעֶקוּמעֶן? געֵהט עֶר װײַטעֶר אוּן זעֶהט פאַר זיִך דיִ קעֶפּ פוּן דיִ בּעֶרג בּעֶדעֶקט מיִט אַש פוּן פעֶרבּרעֶנטעֶ דעֶרפעֶר, דיִ שעֶהנסטעֶ טהאָלעֶן פעֶרװיִסט אוּן פעֶרפיִנסטעֶרט. אוּן אַ גרוׂיסעֶ קלאָג־ליִעד האָט זיִך אַרוׂיסגעֶריִסעֶן פוּן יִרמיה׳ס האַרצעֶן אוּן לאַנג האָט זיִ זיִך געֶלאָזט העֶרעֶן צװיִשעֶן דיִ בּעֶרג אוּן טהאָלעֶן.

מיִעד אוּן צוּבּראָכעֶן — דעֶרצעֶהלט יִרמיה — בּיִן איִך בּײַנאַכט אָנגעֶקוּמעֶן בּיִז דיִ בּעֶרג װאָס אַרוּם יְרוּשָליִם אוּן האָבּ זיִך פאַר זײֵ אַ פעֶרצװײֵפעֶלטעֶר אָפּגעֶשטעֶלט. הוֹיבּ איִך אוׂיף דיִ אוׂיגעֶן אוּן דעֶרזעֶה, אוׂיפ׳ן שפּיִץ בּאַרג זיִצט אַ פרוׂי געֶקלײֵדט איִן שװאַרצעֶן מיִט צוּװאָרפעֶנעֶ האָר. זיִ קלאָגט אוּן פרעֶגט: „װעֶר װעֶט מיִך טרוׂיסטעֶן?”

קוּם איִך נאָהעֶנט צוּ איִהר אוּן זאָג: בּיִסטוּ אַ פרוׂי — רעֵד מיִט מיִר, בּיִסטוּ אַ רוּחַ — װעֶר פעֶרשװאוּנדעֶן.

עֶנטפעֶרט זיִ: דוּ דעֶרקעֶנסט מיִך דעֶן ניִט? איִך בּיִן דאָס דיִ מוּטעֶר פוּן זיִבּעֶן קיִנדעֶר. מײַן מאַן איִז אַװעֶק איִן װײַטעֶ לעֶנדעֶר אוּן װיִ איִך זיִץ אוּן װײֵן נאָך איִהם, קוּמט מעֶן מיִר אָנזאָגעֶן: „דיִ שטוּבּ איִז אײַנגעֶפאַלעֶן אוּן דעֶר׳הַרְג׳עֶט דײַנעֶ זיִבּעֶן זיִהן” — װײֵס איִך ניִט אוׂיף װעֶמעֶן זאָל איִך מעֶהר קלאָגעֶן אוּן רײַסעֶן דיִ האָר פוּן קאָפּ.

זאָג איִך איִהר: דוּ בּיִסט ניִט בּעֶסעֶר פוּן דײַן מוּטעֶר צִיוֹן — זעֵה װיִ זיִ ליִגט דאָ פעֶרװיִסט, אוּן װיִלדעֶ חיוׂת פיִטעֶרעֶן זיִך אוׂיף איִהר פּלאַץ.

עֶנטפעֶרט זיִ: דיִ מוּטעֶר צִיוֹן דאָס בּיִן איִך דאָך.

זאָג איִך איִהר: דײַן פּלאָג איִז גלײַך צוּ אִיוֹב׳ס פּלאָג: עֶר האָט פעֶרלוׂירעֶן זײַנעֶ זיִהן אוּן טעֶכטעֶר, האָבּ אוּן גוּטס — דוּ אוׂיך, עֶר איִז געֶבּליִבּעֶן ↰ 154 ליִגעֶן אוׂיפ׳ן מיִסט אוּן געֶװאַלגעֶרט זיִך איִן אַש — פוּן דיִר איִז אוׂיך געֶװאָרעֶן אַ בּאַרג אַש אוּן אַ הוׂיפעֶן מיִסט. אוּן אַזוׂי װיִ גאָט האָט איוֹב׳ן געֶטרײֵסט — װעֶט עֶר דיִך אוׂיך אַ מאָל טרײֵסטעֶן.

¹) ד.ה. װען איִהר נעהמט זיך מײַנע שטראָף, רעד צוּם האַרצען.

דעֶר טרוׂיעֶר פוּן דיִ אָבוׂת.

בִּשְׁעַת דעֶר בֵּית־הַמִקְדָש איִז חָרוּב געֶװאָרעֶן, האָט זיִך יִרְמְיָה אַװעֶקגעֶלאָזט צוּ דעֶר מְעָרַת־הַמַכְפֵּלָה, אוׂיפריִהרעֶן דאָרט דיִ אָבוׂת פוּן זײֵעֶר רוּה, זאָלעֶן זײֵ קוּמעֶן פאַר גאָט אוּן אײַנשטעֶלעֶן זיִך, פאַר זײֵעֶרעֶ קיִנדעֶר. געֶקוּמעֶן אַהיִן, קלאַפּט עֶר אָן איִן דעֶר מְעָרָה: אָבוׂת פוּן דעֶר װעֶלט, שטעֵהט־אוׂיף, ס׳איִז געֶקוּמעֶן אַ צײַט, װאָס מעֶ דאַרף אײַך האָבּעֶן פאַר גאָט. פרעֶגעֶן זײֵ דעֶרשראָקעֶנעֶ: „װאָס האָט זיִך אַזוׂינס געֶטראָפעֶן, ירמיה?” עֶנטפעֶרט עֶר: „גאָט װײֵסט”, װײַל עֶר האָט מוׂרָא געֶהאַט זײֵ אוׂיסזאָגעֶן, זײֵ זאָלעֶן איִהם ניִשט פאָרװאוּרף מאַכעֶן: ירמיה, פאַרװאָס האָסטוּ דעֶרלאָזט דעֶרצוּ? איִן דײַנעֶ יאָהרעֶן זאָל זיִך אַזוׂינס מיִט אוּנזעֶרעֶ קיִנדעֶר טרעֶפעֶן!

געֵהט ירמיה פוּן דאָרט אַװעֶק אוּן שטעֶלט זיִך בּײַם בּרעֶג יַרְדֵן אוּן שרײַט: „בֶּן־עַמְרָם! בּן־עמרם! שטעֵה־אוׂיף, ס׳איִז געֶקוּמעֶן אַ צײַט װאָס מעֶ דאַרף דיִך האָבּעֶן פאַר גאָט”. לאָזט זיִך העֶרעֶן פוּן יעֶנעֶר זײַט ירדן משה׳ס קוׂל: „װאָס האָט זיִך אַזוׂינס געֶטראָפעֶן, יִרמיה, צוּ װאָס רוּפט מעֶן מיִך?” עֶנטפעֶרט יִרמיה: „גאָט װײֵסט”.

געֵהט־אַװעֶק משה צוּ זײַנעֶ אַלטעֶ בּעֶקאַנטעֶ נאָך פוּן מַתַּן־תּוׂרָה אָן, צוּ דיִ מַלְאֲכֵי־הַשָרֵת, אוּן פרעֶגט בּײַ זײֵ: „דיִענעֶר פוּן היִמעֶל! ציִ װײֵסט איִהר ניִשט װאָס דאַרף מעֶן מיִך האָבּעֶן פאַר גאָט? װאָס איִז אַזוׂינס געֶשעֶהן?” זאָגעֶן זײֵ איִהם: „בּן־עמרם! װײֵסטוּ דעֶן ניִשט אַז דעֶר בּית־המקדש איִז חָרוּב אוּן יוּדיִשעֶ קיִנדעֶר זעֶנעֶן פעֶרטריִבּעֶן”. חאַפּט משה אוּן צוּרײַסט זײַנעֶ בִּגְדֵי־כָּבוׂד, װאָס גאָט האָט איִהם אָנגעֶקלײֵדעֶט, לעֶגט דיִ העֶנד אוׂיפ׳ן קאָפּּ אוּן לאָזט זיִך געֵהן מיִט אַ יאָמעֶרליִך געֶװײֵן בּיִז עֶר קוּמט צוּ דיִ אָבוׂת. דעֶרזעֶהן איִהם, האָבּעֶן זײֵ אוׂיך בּאַלד צוּריִסעֶן זײֵעֶרעֶ קלײֵדעֶר, געֶשאָטעֶן אַש אוׂיף דיִ קעֶפּ, אוּן איִנאײֵנעֶם זיִך געֶלאָזט געֶהן מיִט אַ יאָמעֶר בּיִז זײֵ זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן צוּ דיִ װיִסטעֶ טוׂיעֶרעֶן פוּן ירוּשליִם. געֵהט מעֶן פוּן טוׂיעֶר צוּ טוׂיעֶר, בּעֶטראַכט דעֶם חוּרְבַּן אוּן מעֶ קלאָגט װיִ אוׂיף אַ מֵת, װאָס ליִגט נאָך פאַר דיִ אוׂיגעֶן.

„רִבּוׂנוׂ־שֶל־עוׂלָם — האָט אַבְרָהָם בּיִטעֶר געֶקלאָגט אוּן געֶ׳טַעְנֶה׳ט — מיִט װאָס האָבּעֶן זיִך מײַנעֶ קיִנדעֶר אַזוׂינס פעֶרזיִנדיִגט? פאַר װאָס קוּמט ↰ 155 עֶס מיִר אַזאַ בִּזָיוֹן?” װיִ דיִ מַלְאָכִים האָבּעֶן איִהם דעֶרזעֶהן האָבּעֶן זײֵ זיִך אוׂיסגעֶשטעֶלט שוּרוׂת־װײַז, װיִ בּײַ אַ אָבֵל, אוּן אַלעֶ איִנאײֵנעֶם איִבּעֶראַנײַס מיִט אַ בּיִטעֶרעֶן געֶװײֵן אוׂיסגעֶבּראָכעֶן.

— רִבּוׂנוׂ־שֶל־עוׂלָם — האָבּעֶן זײֵ געֶזאָגט — זעֶה, דײַן בּעֶלִיעבּטעֶר אַבְרָהָם איִז איִן דײַן הוׂיז געֶקוּמעֶן, קוּק זיִך־אוּם אוׂיף איִהם, העֶר־אוׂיס זײַנעֶ טַעְנוׂת.

מיִט אַ טיִעפעֶן רַחְמָנוּת האָט גאָט אַ קוּק געֶטהוּן אוׂיף אַברהם׳ן אוּן געֶזאָגט: „אַברהם, איִך װײֵס, גרוׂיס איִז דײַן צַעַר, אָבּעֶר אוׂיך גרוׂיס איִז דיִ זיִנד פוּן דײַנעֶ קיִנדעֶר, זײֵ האָבּעֶן עוֹבֵר געֶװעֶן ¹) אוׂיף דעֶר תּוׂרָה, אַלעֶ איִהרעֶ הײֵליִגעֶ אוׂתִיוׂת איִבּעֶרגעֶטראָטעֶן. לאָז דיִ תּוׂרה אַלײֵן קוּמעֶן אוּן זײַן אַן עֵדוּת.

בּאַלד קוּמט דיִ תּוׂרה פאַר גאָט אוּן װיִל עֵדוּת זאָגעֶן. זאָגט איִהר אַברהם: „טאָכטעֶר מײַנעֶ, װיִ שעֶמסטוּ זיִך ניִשט פאַר מיִר? געֶדעֵנק דעֶם טאָג, װעֶן גאָט האָט זיִך מיִט דיִר אַרוּמגעֶטראָגעֶן איִבּעֶר אַלעֶ אוּמוׂת אוּן קײַנעֶ פוּן זײֵ, אַחוּץ מײַנעֶ קיִנדעֶר, האָט דיִך ניִשט געֶװאָלט אָננעֶהמעֶן. אוּן איִצט, איִנ׳ם טאָג פוּן זײֵעֶר אוּמגליִק, בּיִסטוּ געֶקוּמעֶן אַקעֶגעֶן זיִ עֵדוּת זאָגעֶן!” דעֶרהעֶרט דאָס, האָט זיִך דיִ תּוׂרה אָפּגעֶריִקט איִן אַ זײַט אוּן ניִשט געֶרעֶדט קײַן װאָרט.

— אוׂיבּ אַזוׂי — זאָגט גאָט — לאָזעֶן אײֵנציִגװײַס קוּמעֶן דיִ צװײֵ אוּן צװאַנציִג אוׂתיוׂת פוּן דעֶר תּוׂרה אוּן עֵדוּת זאָגעֶן.

טרעֶט־אַרוׂיס דעֶר אַלֶף. „אַלֶף אײֵנעֶר — זאָגט איִהם אַברהם — דוּ, דעֶר עֶרשטעֶר פוּן אַלעֶ אוׂתיוׂת, טרעֶטסטוּ אַרוׂיס אַקעֶגעֶן מײַנעֶ קיִנדעֶר איִנ׳ם טאָג פוּן זײֵעֶר אוּמגליִק? געֶדעֵנקסט דעֶם טאָג, װעֶן גאָט האָט זיִך אַנטפּלעֶקט אוׂיפ׳ן בּאַרג סִינַי אוּן אָנגעֶהוׂיבּעֶן מיִט דיִר דאָס עֶרשטעֶ פוּן דיִ צעֶהן געֶבּאָט: „אָנכִי ה׳ אֱלהֶיך — איִך בּיִן גאָט דײַן גאָט”. װעֶר האָט דיִך דעֶמאָלט אָנגעֶנוּמעֶן אַחוּץ מײַנעֶ קיִנדעֶר?” װעֶרט דעֶר אַלף פעֶרשעמט אוּן רוּקט זיִך אָפּ שטיִל איִן אַ זײַט.

טרעֶט־אַרוׂיס דיִ בֵּית. זאָגט איִהר אַברהם: „טאָכטעֶר, מיִט דיִר הײֵבּט זיִך אָן דעֶר עֶרשטעֶר פוּן דיִ פיִנף חוּמָשִים — בְּרֵאשִית — װעֶר אוׂיסעֶר מײַנעֶ קיִנדעֶר לעֶרעֶנט זײֵ אַזוׂי פלײַסיִג?” — רוּקט זיִך דיִ בּית אוׂיך אָפּ איִן אַ זײַט. נאָכדעֶם האָט שוׂין קײֵנעֶר פוּן דיִ איִבּריִגעֶ אוׂתיוׂת ניִשט געֶװאָלט אַרוׂיסטרעֶטעֶן.

¹) איִבּערגעטראָטען, ניִשט געהאַלטען.

↤ 156

דאָ הוׂיבּט אַברהם װיִדעֶר אָן צוּ טַעְנֶה׳ן פאַר גאָט:

— רִבּוׂנוׂ־שֶל־עוׂלָם! דוּ האָסט מיִר געֶשעֶנקט צוּ הוּנדעֶרט יאָהר אַ זוּהן, אוּן װעֶן איִן זײַנעֶ בּעֶסטעֶ אוּן בּליִהעֶנדסטעֶ יאָהרעֶן, האָסטוּ מיִר בּעֶפוׂילעֶן: „בּרײֵנג איִהם מיִר פאַר אַ קָרְבָּן”, האָבּ איִך פעֶרבּוׂיגעֶן מײַן פאָטעֶרליִכעֶ געֶפיִהלעֶן אוּן בּיִן געֶװעֶן גרײֵט צוּ טהוּן דײַן רָצוׂן — שוׂין־זשׁעֶ װעֶסטוּ מיִר דעֶם זְכוּת ניִשט געֶדײֵנקעֶן? שוׂין־זשעֶ װעֶסטוּ זיִך איִצט ניִשט דעֶרבּאַרמעֶן אוׂיף מײַנעֶ קיִנדעֶר?

הוׂיבּט דעֶרנאָך אַן יִצְחָק צוּ טענה׳ן:

— רבּוׂנוׂ־של־עוׂלם! װעֶן מײַן פאָטעֶר האָט מיִך אוׂיפ׳ן מִזְבֵּחַ אוׂיפגעֶבּראַכט, האָבּ איִך מיִט מײַן אײֵגעֶנעֶם װיִלעֶן זיִך בּיִנדעֶן געֶלאָזט, דעֶם האַלז אוּנטעֶר דעֶם שעֶכט־מעֶסעֶר אוׂיסגעֶשטרעֶקט — שוׂין־זשעֶ װעֶסטוּ מיִר עֶס ניִשט געֶדײֵנקעֶן? שוׂין־זשעֶ װעֶסטוּ זיִך ניִשט דעֶרבּאַרמעֶן אוׂיף מײַנעֶ קיִנדעֶר?

טרעֶט־אַרוׂיס יַעֲקב אוּן טענה׳ט:

— רבּוׂנוׂ־של־עוׂלם! צװאַנציִג יאָהר האָבּ איִך שװעֶר געֶאַרבּײַט איִן לָבָן׳ס הוׂיז, אַװעֶק פוּן איִהם האָט מיִך בּעֶגעֶגעֶנט עֵשָׂו הָרָשָע אוּן געֶװאָלט מײַן גאַנץ הוׂיזגעֶזיִנד אוּמבּרײֵנגעֶן, האָבּ איִך זיִך איִנגאַנצעֶן אַװעֶקגעֶלעֶגט פאַר זײֵ, דאָס לעֶבּעֶן זיִך אײַנגעֶשטעֶלט; איִצט, נאָך אַזוׂי פיִעל צַעַר פוּן גִדוּל בָּנִים ¹), נאָכדעֶם װאָס איִך האָבּ זיִך מיִט זײֵ, װיִ אַ היִהן מיִט איִהרעֶ יוּנגעֶ עֶוּפ׳ליִך אַרוּמגעֶפיִהרט אוּן אוׂיף דיִ פיִס געֶשטעֶלט, — זאָלסטוּ זײֵ אַלעֶ צוּ׳ם שוׂנֵא איִן האַנד איִבּעֶרגעֶבּעֶן? װיִ שעֶפעֶליִך צוּ דעֶר שְחִיטָה אַװעֶקפיִהרעֶן? שוׂין־זשעֶ װעֶט מײַן גאַנצעֶ מיִה פעֶרפאַלעֶן װעֶרעֶן? שוׂין־זשעֶ װעֶסטוּ זיִך ניִשט דעֶרבּאַרמעֶן אוׂיף מײַנעֶ קיִנדעֶר?

טרעֶט־אַרוׂיס משה אוּן טַעֲנֶה׳ט:

— רבּוׂנוׂ־של־עוׂלם! בּיִן איִך ניִשט געֶװעֶן קײַן טרײַעֶר פּאַסטוּך בּײַ יוּדעֶן? בּיִן איִך ניִשט געֶלאָפעֶן פאַר זײֵ װיִ אַ פעֶרד איִן דעֶר מִדְבָּר פעֶרציִג יאָהר? אוּן צוּם סוׂף, אַז דיִ גליִקליִכעֶ שָעָה איִז געֶקוּמעֶן װעֶן זײֵ האָבּעֶן בּעֶדאַרפט אַרײַנטרעֶטעֶן איִן געֶװאוּנשטעֶן לאַנד, האָסטוּ אוׂיף מיִר גוׂזֵר געֶװעֶן: מײַנעֶ בּײֵנעֶר זאָלעֶן איִן דעֶר מִדְבָּר בּלײַבּעֶן. איִצט אָבּעֶר, װעֶן זײֵ װעֶרעֶן פוּן זײֵעֶר לאַנד פעֶרטריִבּעֶן, איִז מעֶן מיִך געֶקוּמעֶן רוּפעֶן צוּקוּקעֶן דעֶם אוּמגליִק אוּן העֶלפעֶן װײֵנעֶן אוּן קלאָגעֶן? „פוּן נַחַת קײַן האָר, אוּן דעֶם צַער בּיִז גאָר”!

¹) קיִנדער אויפהאָדיװען.

↤ 157

אוּן דאָ זאָגט משה צוּ ירמיה׳ן: קוּם מיִט מיִר, לאָמיִך געֵהן זעֶהן, װעֶר װעֶט עֶס אוׂיף זײֵ זײַן האַנד אַרוׂיפלעֶגעֶן.

לאָזעֶן זײֵ זיִך געֵהן נאָך דיִ שפּוּרעֶן פוּן דיִ פעֶרטריִבּעֶנעֶ, אוּן זײֵ שלאָגעֶן זיִך אָן אוׂיפ׳ן װעֶג איִן דיִ טוׂיטעֶ קעֶרפּעֶר פוּן געֶ׳הַרְג׳עֶטעֶ אוּן געֶפאַלעֶנעֶ, בּיִז זײֵ קוּמעֶן צוּ דיִ טײַכעֶן פוּן בָּבֶל. דעֶרזעֶהעֶן דיִ פעֶרטריִבּעֶנעֶ משה׳ן, דעֶרפרעֵהעֶן זײֵ זיִך אוּן זאָגעֶן אײֵנעֶר צוּ׳ם אַנדעֶרעֶן: „אָט געֵהט בֶּן־עַמְרָם, עֶר איִז אוׂיפגעֶשטאַנעֶן פוּן זײַן קֵבֶר, געֶקוּמעֶן אוּנז אוׂיסלעֶזעֶן פוּנ׳ם שוׂנֵא׳ס העֶנד”. זאָגט משה מיִט גרוׂיס צער: „נײֵן, קיִנדעֶר מײַנעֶ, איִך האָבּ איִצט קײַן מאַכט ניִשט, אײֵן גאָט װעֶט אײַך העֶלפעֶן” — אוּן משה איִז צוּריִק זײַן װעֶג געֶגאַנגעֶן. אַ יאָמעֶר פוּן פעֶרצװײֵפלוּנג האָט מיִט אַמאָל אוׂיסגעֶבּראָכעֶן „בּײַ דיִ טײַכעֶן פוּן בּבל” איִן דעֶר װעֵה־געֶשרײֵ האָט היִמלעֶן געֶשפּאַלטעֶן.

קוּמט משה צוּריִק צוּ דיִ אָבוׂת, פרעֶגעֶן זײֵ איִהם: װאָס האָבּעֶן דיִ שׂוֹנְאִים מיִט אוּנזעֶרעֶ קיִנדעֶר געֶטהוּן? זאָגט משה: אַ טהײֵל געֶ׳הרג׳עֶט, אַ טײֵל געֶבּוּנדעֶן דיִ העֶנד אַרוּנטעֶר, אַ טהײֵל פעֶרשמיִדט איִן אײַזעֶרנעֶ קײֵטעֶן, אַ טהײֵל אוׂיפגעֶטהוּן נאַקעֶט, אַ טהײֵל זעֶנעֶן אוׂיפ׳ן װעֶג געֶפאַלעֶן אוּן זײֵעֶר פלײֵש איִז שפּײַז פאַר חַיוׂת אוּן פוׂיגעֶל, אוּן דיִ איִבּעֶריִגעֶ ליִגעֶן פעֶרשמאַכטעֶ, הוּנגעֶריִגעֶ אוּן דאָרשטיִגעֶ אַקעֶגעֶן דעֶר בּרעֶנעֶנדיִגעֶר זיִן. דעֶרהעֶרט דאָם, האָבּעֶן זײֵ אַלעֶ צוּזאַמעֶן אָנגעֶהוׂיבּעֶן װײֵנעֶן אוּן קלאָגעֶן: „אוׂי, װאָס איִז געֶװאָרעֶן מיִט אוּנזעֶרעֶ קיִנדעֶר!”

איִן דעֶר מיִנוּט האָט זיִך אוׂיפגעֶחאַפּט דיִ מוּטעֶר רָחֵל אוּן איִז געֶקוּמעֶן פאַר גאָט.

— רִבּוׂנוׂ־שֶל־עוׂלָם — האָט זיִ אוׂיסגעֶשריִעֶן — דוּ װײֵסט דאָך דעֶם אֱמֶת, אַז דײַן קנעֶכט יַעֲקב‎ האָט מיִך מיִט אַ גרוׂיסעֶר ליִעבּעֶ געֶליִעבּט, פאַר מיִר האָט עֶר זיִבּעֶן יאָהר דעֶם טאַטעֶן געֶדיִענט, אוּן פוּן דעֶסטװעֶגעֶן, װעֶן מײַן פאָטעֶר האָט מיִך צוּ דעֶר חֲתוּנָה אוׂיף מײַן שװעֶסטעֶר פעֶרבּיִטעֶן, האָבּ איִך מײַנעֶ געֶפיִהלעֶן פעֶרצוׂימט אוּן האָבּ עֶס איִן דעֶר שטיִל פאַר ליִעבּ אָנגעֶנוּמעֶן, אוּן איִך בּיִן דאָך געֶװעֶן ניִשט מעֶהר װיִ אַ מעֶנש, בּלוּט אוּן פלײֵש, — בִּפְרַט דוּ, װאָס לעֶבּסט אײֵבּיִג, זאָל דיִך אַזוׂי פעֶרדריִסעֶן פאַר אַ ניִשטיִגעֶ עֲבוׂדָה־זָרָה, האָלץ אוּן שטײֵן? דוּ, דעֶר גרוׂיסעֶר בַּעַל־רַחְמִים, זאָל זיִך ניִשט דעֶרבּאַרמעֶן אוׂיף מײַנעֶ קיִנדעֶר?!

פוּן דעֶר מוּטעֶר רָחֵל׳ס װעֶרטעֶר האָט זיִך דעֶרװעֶקט גאָט׳ס דעֶרבּאַריִמקײַט אוּן עֶר האָט טרעֶסטעֶנד געֶזאָגט: צוּליִעבּ דיִר, רחל, װעֶל איִך אוּמקעֶהרעֶן דיִ יוּדיִשעֶ קיִנדעֶר צוּריִק איִן זײֵעֶר לאַנד.

↤ 158

אוּן אוׂיף דעֶם זאָגט דעֶר נָבִיא ירמיה:

אַ שטוּמעֶ לאָזט זיִך איִן דעֶר הוׂיך העֶרעֶן,
אַ קלאָג, אַ בּיִטעֶר געֶװעֶן,
רָחֵל יאָמעֶרט אוׂיף איִהרעֶ קיִנדעֶר,
װיִל זיִך ניִשט טרײֵסטעֶן...
האַלט־אָפּ דײַן שטוּמעֶ פוּן געֶװײֵן,
דײַנעֶ אוׂיגעֶן פוּן טרעֶהרעֶן.
פאַרהאַן אַ לוׂין פאַר דײַן פעֶרדיִענסט,
פאַרהאַן אַ האָפנוּנג פאַר דײַן צוּקוּנפט —
דײַנעֶ קיִנדעֶר װעֶלעֶן זיִך אוּמקעֶהרעֶן צוּריִק אַהײֵם איִן דעֶר גרעֶניִץ.
זְכַרְיָה הַנָבִיא׳פּ בּלוּט.

רַבִּי יְהוֹשֻׁעַ בֶּן קָרְחָה האָט געֶזאָגט:

אַן אַלטעֶר מאַן פוּן ירוּשליִם האָט מיִר דעֶרצעֵהלט:

איִן דעֶם טהאָל האָט דעֶר שעֶכט־מײַסטעֶר נְבוּזַרְאֲדָן אוׂיסגעֶ׳הַרְג׳עֶט צװײֵ הוּנדעֶרט אוּן עֶלף רִבּוׂא ¹) מעֶנשעֶן אוּן איִן ירוּשליִם האָט עֶר אוׂיסגעֶשאָכטעֶן פיִער אוּן נײַנציִג רבּוׂא מעֶנשעֶן אוׂיף אײֵן שטײֵן, אוּן דעֶר בּלוּט האָט פעֶרפלײֵצט אוּן דעֶרגרײֵכט בּיִז זְכַרְיָה הַנָבִיא׳ס בּלוּט.

זעֶהט נבוּזראדן, װיִ זכריה׳ס בּלוּט האַלט איִן אײֵן זיִדעֶן.

פרעֶגט עֶר: „װאָס איִז עֶס פאַר אַ בּלוּט ?” זאָגעֶן יוּדעֶן: „דאָ האָט זיִך פעֶרגאָסעֶן בּלוּט פוּן אַ קָרְבָּן”. האָט עֶר געֶבּראַכט בּלוּט פוּן שאָף אוּן ריִנדעֶר אוּן פעֶרגליִכעֶן אוּן בּאַלד דעֶרקעֶנט, אַז דאָס איִז אַן אַנדעֶר בּלוּט.

זאָגט עֶר זײֵ: „דעֶרצעֵהלט איִהר מיִר איִז רעֶכט, װעֶן ניִט — שיִנד איִך אײַך דאָס לײַבּ מיִט אײַזעֶרנעֶ קאַמעֶן”. האָבּעֶן זײֵ זיִך מוֹדֶה געֶװעֶן: אַ נָבִיא האָבּעֶן מיִר געֶהאַט, װאָס פלעֶגט אוּנז שטעֶנדיִג שטראָפעֶן פאַר אוּנזעֶרעֶ זיִנד, — האָבּעֶן מיִר איִהם געֶ׳הַרְג׳עֶט, איִצט איִז שוׂין אַװעֶק אַ צײַט מיִט יאָהרעֶן אוּן זײַן בּלוּט רוּהט ניִט.

זאָגט עֶר: איִך װעֶל איִהם אײַנשטיִלעֶן.

האָט עֶר געֶבּראַכט דיִ גרוׂיסעֶ אוּן דיִ קלײֵנעֶ סַנְהֶדְרִין אוּן זײֵ געֶשאָכטעֶן אוׂיפ׳ן בּלוּט — אוּן ס׳האָט זיִך ניִט אײַנגעֶשטיִלט, געֶקוׂילעֶט בָּחוּרִים ↰ 159 אוּן בְּתוּלוׂת — אוּן ניִט אײַנגעֶשטיִלט, געֶשאָכטעֶן שוּהל־קיִנדעֶר — אוּן אַלץ ניִט אײַנגעֶשטיִלט, האָט נבוּזראַדן אוׂיסגעֶשריִעֶן:

¹) מיִריִאַד, צעהן טוׂיזענד.

— זְכַרְיָה, זְכַרְיָה! דיִ בּעֶסטעֶ פוּן זײֵ האָבּ איִך אוּמגעֶבּראַכט, איִז דיִר דעֶן ליִעבּ איִך זאָל אַלעֶמעֶן אוּמבּרעֵנגעֶן?

האָט בּאַלד דאָס בּלוּט אוׂיפגעֶהעֶרט צוּ זיִדעֶן.

איִן דעֶר מיִנוּט האָט זיִך איִן נְבוּזַרְאֲדָן׳ס האַרצעֶן דעֶרװעֶקט אַ געֶדאַנק פוּן תְּשוּבָה: „אוׂיבּ צוּליִעבּ אײֵן נֶפֶשׁ איִז אַזוׂי, הײַנט װאָס־זשעֶ קוּמט שוׂין מיִר דעֶרפאַר װאָס איִך האָבּ אַזוׂי פיִעל נְפַשוֹת אוּמגעֶבּראַכט?”

איִז עֶר אַנטלאָפעֶן, אָפּגעֶשיִקט אַהײֵם אַ צַוָאָה אוּן אַלײֵן זיִך מְגַיֵר געֶװעֶן.

דאָס אַכְזָרִיוׂת פוּן יִשְׁמָעֵאל׳ס קיִנדעֶר.

נבוּכדנצר האָט געֶטריִבּעֶן דיִ יוּדעֶן קײַן בּבל הוׂיל־נאַקעֶטעֶ, דיִ העֶנד פעֶרבּוּנדעֶן אַרוּנטעֶר, אוּן דיִ פיִס געֶשמיִדט איִן אײַזעֶרנעֶ קײֵטעֶן.

אַז זײֵ זעֶנעֶן דוּרכגעֶגאַנגעֶן פעֶרבּײַ דיִ בְּנֵי־יִשְמָעֵאל ¹), האָבּעֶן זײֵ געֶבּעֶטעֶן דיִ עֶלטסטעֶ: „טהוּט מיִט אוּנז דיִ גנאָד אוּן פיִהרט אוּנז צוּ צוּ אוּנזעֶרעֶ בּריִדעֶר, דיִ קיִנדעֶר פוּן פעֶטעֶר יִשׁמעֵאל”. האָבּעֶן יעֶנעֶ געֶפאָלגט.

אוּן דיִ בּני־יִשמעֵאל זעֶנעֶן אַרוׂיס אַנטקעֶגעֶן אוּן דעֶרלאַנגט זײֵ צוּ׳ם עֶסעֶן געֶזאַלצעֶנעֶ העֶריִנג אוּן בּרוׂיט מיִט ליאַק ²). אַז זײֵ האָבּעֶן אָפּגעֶגעֶסעֶן האָבּעֶן דיִ בּני־יִשמעֵאל אַרוׂיסגעֶטראָגעֶן גרוׂיסעֶ לאָגלעֶן, אוׂיסעֶנװעֵניִג פײַכט, פוּן אוׂיבּעֶן שטאַרק פעֶרקניִפּט, אוּן איִנװעֵניִג — אָנגעֶבּלאָזעֶן.

אוּן דיִ אוּנגליִקליִבּעֶ האָבּעֶן פוּן גרוׂיס דאָרשט מיִט דיִ צײֵהן געֶבּיִסעֶן דיִ שניִרלעֶך פוּן דיִ פעֶרקניִפּטעֶ לאָגלעֶן, בּיִז זײֵ האָבּעֶן זײֵ געֶעֶפעֶנט, איִז דעֶר װיִנט אַרײַן איִן דיִ געֶדעֶרעֶם אוּן זײֵ זעֶנעֶן געֶפאַלעֶן טוׂיט מיִט געֶשװאָלעֶנעֶ בּײַכעֶר.

רַבִּי יוֹחָנָן זאָגט, אַז דיִ מַעֲשֶה האָט זיִך געֶטראָפעֶן מיִט אַכטציִג טוׂיזעֶנד כּוֹהֲנִים יוּנגעֶ לײַט, װאָס זײֵ האָבּעֶן זיִך דוּרכגעֶריִסעֶן, יעֶדעֶר פוּן זײֵ מיִט אַ גיִלדעֶנעֶם פּאַנציִר, דוּרך נְבוּכַדְנֶצַר׳ס חַיָלוׂת אוּן זיִך צוּגעֶשלאָגעֶן צוּ דיִ בּני־יִשמעֵאל.

¹) ישמעאל׳ס קיִנדער ²) העריִנג־זאַפט, זאַלץ־װאַסער.

בּײַ דיִ טײַכעֶן פוּן בָּבֶל.

דעֶם גאַנצעֶן װעֶג האָט נבוּכדנצר געֶטריִבּעֶן דיִ געֶפאַנגעֶנעֶ, עֶרגעֶץ זיִך ניִט אָפּגעֶשטעֶלט, עֶר האָט זיִך געֶטראַכט: „זײֵעֶר גאָט קוּקט־אוׂיס, זײֵ ↰ 160 זאָלעֶן תְּשוּבָה טהוּן, כָּל־זְמַן זײֵ זעֶנעֶן נאָך איִן אֶרֶץ־יִשְׂרָאֵל — װעֶט עֶר זײֵ בּעֶפרײַעֶן אוּן אוּנז טוׂיטעֶן, װיִ עֶר האָט אַמאָל געֶטהוּן מיִט סַנְחֵרִיב מֶלֶך אַשוּר”,

װיִ דיִ שׂוׂנְאים זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן צוּ דיִ טײַכעֶן פוּן בָּבֶל אוּן געֶזעֶהן, אַז זײֵ האַלטעֶן שוׂין דיִ יוּדעֶן בּײַ זיִך איִן האַנד איִן אײֵגעֶנעֶם לאַנד, האָבּעֶן זײֵ זיִך אָפּגעֶשטעֶלט רוּהעֶן.

האָבּעֶן דיִ זיִך צוּזעֶצט איִן אײֵן זײַט צוּ עֶסעֶן אוּן טריִנקעֶן, אוּן יעֶנעֶ פוּן דעֶר אַנדעֶרעֶר זײַט — װײֵנעֶן אוּן קלאָגעֶן.

שיִקט נְבוּכַדְנֶצַר רוּפעֶן דיִ לְוִיִם אוּן הײֵסט זײֵ שפּיִעלעֶן צוּ׳ם עֶסעֶן מיִט דיִ כְּלֵי־זֶמֶר פוּן בֵּית־הַמִקְדָש.

שטעֶהעֶן דיִ לויִם, קוּקעֶן אײֵנעֶר אוׂיפ׳ן אַנדעֶרעֶן אוּן זאָגעֶן:

— ניִט געֶנוּג װאָס מיִר האָבּעֶן דעֶם בּית־המקדש חָרוּב געֶמאַכט דוּרך אוּנזעֶרעֶ זיִנד,זאָלעֶן מיִר נאָך שפּיִעלעֶן מיִט דיִ הײֵליִגעֶ כֵּלִים פאַר אָט דעֶם ניִשט?

האָבּעֶן זײֵ זיִך בּעֶראַטעֶן אוּן צוּהאַנגעֶן דיִ דאַרפעֶן אוׂיף דיִ װײַדעֶן ¹) בּײַ׳ם בּרעֶג.

דעֶרנאָך האָט יעֶדעֶרעֶר אַרײַנגעֶלעֶגט דיִ האַנד איִן מוׂיל אוּן אַלײֵן זיִך אָפּגעֶבּיִסעֶן דיִ גראָבּעֶ פיִנגעֶר, כְּדֵי דעֶר רָשָע זאָל זײֵ ניִט נוׂיטעֶן צוּ שפּיִעלעֶן.

אָט דאָס דעֶרצעֵהלט דעֶר פָּסוּק:

בּײַ דיִ טײַכעֶן בָּבֶל׳ס
זעֶנעֶן מיִר געֶזעֶסעֶן אוּן געֶװײֵנט,
אוׂיף דיִ װײַדעֶן דאָרט
אוּנזעֶרעֶ האַרפעֶן אוׂיפגעֶהאַנגעֶן.
דעֶן דאָרט האָבּעֶן דיִ פעֶנגעֶר
געֶפאָדעֶרט פוּן אוּנז ליִעֶדעֶר
אוּן דיִ העֵנקעֶר —
פרײֵד־געֶזאַנג.
װיִ קעֶנעֶן מיִר גאָט׳ס ליִעד
זיִנגעֶן אוׂיפ׳ן פרעֶמדעֶן לאַנד?

— װיִ קעֶנעֶן מיִר זיִנגעֶן — האָבּעֶן זײֵ געֶזאָגט צוּ דיִ שוׂנְאִים — זעֶהט אוּנזעֶרעֶ העֶנד, שטאַרק װיִ אײַזעֶן זעֶנעֶן זײֵ געֶװעֶן, איִצט זעֶנעֶן בּײַ זײֵ דיִ פיִנגעֶר אָפּגעֶהאַקט —

אֵיך נָשִיר — װיִ־זשעֶ קעֶנעֶן מיִר שפּיִעלעֶן?

¹) װערבּעס.

בּעֵנקעֶניִש.

↤ 161

„דאָס אַלעֶס אַז איִך דעֶרמאָהן זיִך צוּגעֶהט זיִך איִן מיִר מײַן האַרץ” — אַזוׂי קלאָגעֶן זיִך פעֶרבּײֵנקט איִן זײֵעֶר ליעד דיִ פעֶרטריִבּעֶנעֶ לְוִיִם איִן נאָמעֶן פוּן דיִ כְּנֶסֶת־יִשְרָאֵל — „רִבּוֹנוׂ־שֶל־עוֹלָם! איִך דעֶרמאָהן זיִך דיִ רוּהיִגקײַט אוּן דאָס זיִכעֶרהײַט פוּן מײַן פריִהעֶריִג לעֶבּעֶן איִן מײַן אײֵגעֶן לאַנד. איִצט איִז עֶס אַלעֶס פעֶרשװיִנדעֶן, אוּן איִך װײֵן אוּן קרעֶכץ איִן בּײֵנק: אוֹי, װיִ קעֶהרט מעֶן־אוּם צוּריִק דיִ פריִהעֶריִגעֶ גליִקליִכעֶ צײַט, װעֶן דעֶר בֵּית־הַמִקְדָש איִז נאָך געֶשטאַנעֶן איִן זײַן גאַנצעֶן פּראַכט אוּן גלאַנץ, אוּן דוּ, אוּנזעֶר גרוׂיסעֶר גאָט, האָסט זיִך אַראָפּגעֶלאָזט איִן איִהם פוּן דײַנעֶ הוׂיכעֶ היִמלעֶן אוּן דײַן הײֵליִגעֶ שְכִינָה האָט אוׂיף מיִר געֶרוּהט. אוּמוׂת־הָעוׂלָם האָבּעֶן צוּגעֶזעֶהן דײַן כָּבוׂד אוּן מיִר מְקַנֵא געֶװעֶן. איִן אַ שװעֶרעֶר מיִנוּט, װעֶן דיִ זיִנד האָבּעֶן מיִר אוׂיפ׳ן האַרץ געֶדריִקט, איִז געֶװעֶן פאַר װעֶמעֶן רַחְמִים צוּ בּעֵטעֶן; איִך האָבּ זיִך צוּ דיִר, פאָטעֶר איִן היִמעֶל, געֶװעֶנדעֶט אוּן דוּ האָסט מיִר בּאַלד געֶעֶנטפעֶרט. איִצט אָבּעֶר, װעֵה איִז מיִר, צוּ שאַנד אוּן צוּ שפּאָט בּיִן איִך געֶװאָרעֶן. פיִנסטעֶר אוּן װיִסט װעֶרט מיִר אוׂיף דעֶר נְשָמָה, װעֶן איִך געֵה פעֶרבּײַ דײַן הוׂיז אוּן איִך זעֶה ס׳איִז פוּן איִהם אַ חוּרְבָה געֶװאָרעֶן, אָפּגעשטאָרבּעֶן איִז דאָרט אַלעֶס אוּן אַ שטיִלעֶר טרוׂיעֶר שװעֶבּט־אַרוּם איִן יעֶדעֶן װיִנקעֶל. עֶרשט װיִ לאַנג איִז דאָס אָרט אַזוׂי בּעֶלעֶבּט געֶװעֶן פוּן פײַעֶרליִכעֶן גאָטעֶסדיִענסט, דאָ האָבּעֶן אַבְרָהָם׳ס קיִנדעֶר קָרְבָּנוׂת געֶבּראַכט, דאָ האָבּעֶן דיִ כּוֹהֲנִים פוּן דעֶר בִּימָה מיִט פעֶרשפּרײֵטעֶ העֶנד דאָס פאָלק געֶבּעֶנשט, דאָ זעֶנעֶן געֶשטאַנעֶן דיִ כאָרעֵן אוּן דיִ קאַפּעֶליִעֶס פוּן לויִם, אוּן היִלכיִג פאַר גאָט געֶזוּנגעֶן אוּן געֶשפּיִעלט — איִצט שפּריִנגעֶן דאָ, אוׂיף דעֶם אָרט, װיִלדעֶ שאַקאַלעֶן אַרוּם, אוּן זײֵעֶר היִלעֶן לאָזט זיִך העֶרעֶן איִבּעֶר דעֶר גאַנצעֶר געֶגעֶנד”.

אוּן נאָך קלאָגט דיִ כּנסת־יִשראל: „רבּונוׂ־של־עוׂלם, אוׂיף װאָס איִך בּיִן איִצט איִבּעֶרגעֶקוּמעֶן, װאָס איִך בּיִן געֶװעֶן פריִהעֶר אוּן װאָס פוּן מיִר איִז איִצט געֶװאָרעֶן: אַמאָל פלעֶג איִך דרײַ מאָל איִן יאָהר עוֹלֶה־לְרֶגֶל זײַן 1), בּעֶשיִצט איִנ׳ם זיִסעֶן שאָטעֶן פוּן דײַנעֶ פליִגעֶל, גלײַכעֶ װעֶגעֶן האָבּעֶן זיִך דוּרך גריִנעֶ פעֶלדעֶר פאַר מיִר געֶצוׂיגעֶן אוּן שוּרוׂת בּײֵמעֶר האָבּעֶן מיִט געֶדיִכטעֶ צװײַגעֶן מײַן קאָפּּ פעֶרדעֶקט, אוּן איִצט בּיִן איִך פעֶרריִקט איִנ׳ם ↰ 162 פיִנסטעֶרעֶן שאָטעֶן פוּן פרעֶמדעֶ קעֶניִגרײַכעֶן. מײַן װעֶג איִז פעֶרלעֶגט מיִט שטײֵנעֶר אוּן געֶװאַקסעֶן מיִט דעֶרנעֶר אוּן אָהן אַ שוּץ קוׂים װאָס איִך געֵה אַ מיִעדעֶר אוּנטעֶר דעֶר בּרעֶנעֶנדיִגעֶר זוּן! אַמאָל האָבּעֶן דיִ װעֶגעֶן אָהן אוֹיפהעֶר געֶרוׂישט װיִ װאַסעֶרפאַלעֶן, טאָג מיִט נאַכט האָבּעֶן זיִך איִבּעֶר זײֵ יוׂם־טוׂב׳דיִג גאַנצעֶ מַחְנוׂת געֶצוׂיגעֶן מיִט קעֶרבּ פוּן בִּכּוּרִים אוׂיפ׳ן קאָפּ, אוּן מיִט פרעֵהליִכעֶ ליִעדעֶר אוּן געֶזאַנגעֶן איִן מוׂיל. אוּן איִצט — אַנשװיִגעֶן זעֶנעֶן געֶװאָרעֶן דיִ װעֶגעֶן, מיִט אַ שטוּמעֶן צַעַר שלעֶפּ איִך זיִך אוּם איִבּעֶר זײֵ היִן אוּן העֶר אוּן קעֶן פאַר זיִך קײַן אָרט ניִט געֶפיִנעֶן”.

¹) געֶגאַנגעֶן קײַן ירוּשלים אוׂיף די דרײַ גרוׂיסע ימים־טוֹבּים: פּסח שבוּעות אוּן סוּכּוֹת.

נֶחָמָה¹).

„נַחְמוּ, נַחְמוּ עַמִי” — טרעֵסט, טרעֵסט מײַן פאָלק! מיִך טרעֵסט, מײַן פאָלק, זאָגט גאָט. איִך, אײַעֶר גאָט, נאָך מעֶהר װיִ איִהר, נוׂיטיִג מיִך איִן טרעֵסט. בּעֶזיִצט אײֵנעֶר אַ הוׂיז אוּן רוֹצְחִים קוּמעֶן אוּן פעֶרבּרעֶנעֶן עֶס, װעֶמעֶן ריִהרט עֶס מעֶהר אָן װיִ דעֶם בַּעַל־הַבַּיִת אַלײֵן? פעֶרמאָגט אײֵנעֶר אַ שעֶהנעֶם גאָרטעֶן אוּן רוׂיבּעֶר בּעֶפאַלעֶן אוּן פעֶרדאַרבּעֶן איִהם — װעֶר פיִהלט נאָך אַזוׂי דעֶם צַעַר װיִ דעֶר אײֵגעֶנטהיִמעֶר זעֶלבּסט? איִהר זעֶנט דאָך מײַן גאָרטעֶן, דעֶר בֵּית־הַמִקְדָש איִז דאָך מײַן הוׂיז, אוּן אַז דעֶר שׂוֹנֵא איִז געֶקוּמעֶן, מײַן פאָלק פעֶרטריִבּעֶן אוּן מײַן הוׂיז פעֶרבּרעֶנט, װעֶמעֶן, אוׂיבּ ניִט מיִך, קוּמט פריִהעֶר פאַר אַלעֶמעֶן טרעֵסטעֶן? — טרעֵסט־זשעֶ מיִך, טרעֶפט מיִך מײַן פאָלק.

¹) טרעסט.

„אָסָף׳ס אַ געֶזאַנג — אַזוׂי הוׂיבּט זיִך אָן אַ מִזְמוֹר איִן תְּהִלִים — גאָט, פעֶלקעֶר זעֶנעֶן אַרײַן איִן זײַן בּעֶזיִץ”.

  • אָסף׳ס אַ געֶזאַנג” — װיִ הײֵסט?! „אָסף׳ס אַ געֶװײֵן”, „אָסף׳ס אַ קלאָגליִעד” — װאָלט דאָ בּעֶדאַרפט זײַן. נאָר אָט װאָס דאָס געֶזאַנג בּעֶטײַט: אַ קעֶניִג האָט אַמאָל אַ חוּפָּה־ציִמעֶר אײַנגעֶאָרדעֶנט פאַר זײַן זוּהן, האָט עֶר עֶס בּעֶפּוּצט מיִט דיִ שעֶהנסטעֶ געֶמעֶלדעֶ, בּעֶהאַנגעֶן מיִט דיִ בּעֶסטעֶ טעֶפּיִכעֶר, אוּן מיִט זײַן פּראַכט אוּן גלאַנץ האָט דאָס ציִמעֶר יעֶדעֶנס אוׂיג פעֶרנוּמעֶן. דעֶר זוּהן אָבּעֶר איִז אַראָפּ פוּן גלײַכעֶן װעֶג. װעֶרט דעֶר קעֶניִג אוׂיפגעֶבּראַכט, חאַפּט אוּן רײַסט־אַראָפּ דיִ שעֶהנעֶ טעֶפּיִכעֶר אוּן צוּבּרעֶכט דיִ חוּפּה־שטאַנגעֶן. ↰ 163 צוּגעֶזעֶהן דאָס — נעֶהמט דעֶר עֶרציִהעֶר פוּנ׳ם קעֶניִג׳ס זוּהן אַ פלײֵט אוּן שפּיִעלט. װאוּנדעֶרעֶן זיִך אַלעֶ, װיִ הײֵסט? דעֶר קעֶניִג האָט אַ תֵּל פוּן דעֶם זוּהנ׳ס חוּפָּה־ציִמעֶר געֶמאַכט — אוּן דעֶר זיִצט גאָר אוּן שפּיִעלט! זאָגט יִענעֶר: יאָ, דעֶרפאַר שפּיִעל איִך טאַקיִ, װאָס דעֶר קעֶניִג האָט אוׂיסגעֶגאָסעֶן זײַן גאַנצעֶן צאָרן אוׂיף דעֶם זוּהנ׳ס חוּפּה אוּן ניִשט אוׂיף דעֶם זוּהן אַלײֵן.

דאָס זעֶלבּעֶ בּעֶטײַט אוׂיך דאָס געֶזאַנג פוּן אָסָף׳ן. גרוׂיס איִז געֶװעֶן דעֶר חוּרְבַּן, פעֶרבּרעֶנט איִז גאָט׳ס הוׂיז, פעֶרװיִסט זעֶנעֶן געֶװאָרעֶן זײַנעֶ הײֵליִגעֶ פאַלאַצעֶן, דאָך לאָז חאָטש בּלײַבּעֶן דיִ אײֵנציִגעֶ טרעֵסט, װאָס גאָט האָט זײַן גאַנצעֶן צאָרן אוׂיף שטײֵן אוּן האָלץ אוׂיסגעֶגאָסעֶן אוּן ניִשט אוׂיף זײַן פאָלק יִשְרָאֵל.

↤ 164

צװיִשעֶן עֶרשטעֶן אוּן צװײֵטעֶן בֵּית־הַמִקְדָש.
חִירָם מֶלֶךְ צוֹר׳ס לוּפט־שׁלאָס איִן מיִטעֶן יָם.

„מעֶנשעֶן־זוּהן — האָט גאָט געֶזאָגט צוּ׳ם נָבִיא יְחֶזְקֵאל — געֵה איִן מײַן נאָמעֶן אוּן זאָג דעֶם העֶרשעֶר פוּן צוֹר, חִירָם׳ן: אוּמזיִסט שטאָלציִרט דײַן האַרץ, אײַנרעֶדעֶנדיִג זיִך: אַ גאָט בּיִן איִך, װיִ אַ גאָט האָבּ איִך מיִך בּעֶזעֶצט איִן מיִטעֶן דיִ יַמִים”.

חִירָם מֶלֶך צוֹר האָט זיִך זעֶהר איִבּעֶרגעֶנוּמעֶן מיִט דעֶם װאוּנדעֶרליִכעֶן פּאַלאַץ װאָס עֶר האָט פאַר זיִך איִן מיִטעֶן יַם, אוׂיף אַ הוׂיכעֶן פעֶלז אוׂיפגעֶבּוׂיט, אוּן געֶמאַכט האָט עֶר איִהם אַזוׂי: אוׂיף פיִער ריִעזיִג־הוׂיכעֶ אײַזעֶרנעֶ זײַלעֶן, איִן מיִטעֶן ים אַרײַנגעֶשטעֶקטעֶ, האָט עֶר אוׂיסגעֶבּוׂיט אַ קיִנציִגעֶן זיִבּעֶנשטאָקיִגעֶן געֶװעֶלבּטעֶן פּאַלאַץ, איִנ׳ם געֶשטאַלט פוּן זיִבּעֶן היִמלעֶן מיִט זײֵעֶרעֶ ליִכטעֶר, מיִט אַ פּראַכט־שטוּהל, הײֵליִגעֶ חַיוׂת, דיִנעֶרעֶן אוּן בּליִצעֶן, קאָמעֶטעֶן אוּן מעֶטעֶאָרעֶן. דעֶר עֶרשטעֶר היִמעֶל — אַ גלעֶזעֶרנעֶר, 500 אוׂיף 500 אײֵלעֶן דיִ גרוׂיס, פוּן װעֶלכעֶן ס׳האָבּעֶן אַרוׂיסגעֶשײַנט אַ זוּן בּײַטאָג אוּן אַ לְבָנָה מיִט שטעֶרעֶן בּײַנאַכט. איִבּעֶר איִהם נאָך זעֶקס היִמעֶל־געֶװעֶלבּעֶן, אײֵנעֶר העֶכעֶר אוּן גרעֶסעֶר פוּנ׳ם אַנדעֶרעֶן, יעֶדעֶר פוּן אַ אַנרעֶר מעֶטאַל; דעֶר צװײֵטעֶר פוּן אײַזעֶן, אוׂיף װעֶלכעֶן ס׳האָבּעֶן זיִך מיִט קיִנצעֶן גרוׂיסעֶ שטײֵנעֶר היִלכיִג געֶקוׂיקעֶלט אוּן פּלאַצעֶנדיִג אַרוׂיסגעֶלאָזט פוּן זיִך קוׂלוׂת װיִ דיִנעֶרעֶן; דעֶר דריִטעֶר פוּן בּלײַ, דעֶר פיִערטעֶר פוּן ציִן, דעֶר פיִנפטעֶר פוּן קוּפּעֶר, דעֶר זעֶקסטעֶר פוּן זיִלבּעֶר, אײַנגעֶפאַסט מיִט פּעֶרעֶל, דיִמאַנטעֶן אוּן בּריִליִאַנטעֶן, אוּן גאָר דעֶר לעֶצטעֶר, דעֶר זיִבּעֶטעֶר, פוּן גאָלד. אוׂיף איִהם האָט חירם אײַנגעֶאָרדעֶנט פאַר זיִך אַ שטוּהל מיִט הײֵליִגעֶ חיוׂת אוּן כְּרוּבִים, ↰ 165 איִבּעֶר װעֶלכעֶ עֶס זעֶנעֶן געֶהאַנגעֶן דיִ טײַעֶרסטעֶ פײַעֶר־רוׂיטעֶ אײֵדעֶל־שטײֵנעֶר. דוּרך אַ קוּנץ פלעֶג דעֶר היִמעֶל ציִטעֶרעֶן לײַכט היִן־אוּן־העֶר, איִן דיִ פיִנקעֶלדיִגעֶ אײֵרעֶל־שטײֵנעֵר האָבּעֶן שעֶמעֶריִרט איִן ס׳האָט אוׂיסגעֶזעֶהן װיִ בּליִצעֶן אוּן מעֶטעֶאָרעֶן פליִהעֶן איִן דעֶר לוּפטעֶן.

זאָגט גאָט צוּ יְחֶזְקֵאל׳ן: „מעֶנשעֶנ־זוּהן, געֶה זאָג חִירָם׳ן, װאָס נעֶהמסטוּ זיִך איִבּעֶר, בּיִסט דאָך ניִשט מעֶהר װיִ אַ פרוֹיעֶן־קיִנד?”

זאָגט יחזקאל: װיִ קעֶן איִך קוּמעֶן צוּ איִהם איִן זײַן לוּפט־שלאָס?

האָט גאָט אַרוׂיסגעֶלאָזט אַ שטאַרקעֶן שטוּרמװינד, האָט עֶר אָנגעֶחאַפּט יחזקאל׳ן פאַר זײַנעֶ לאָקעֶן, אוׂיפגעֶהוׂיבּעֶן איִן דעֶר לוּפטעֶן, אוּן איִהם אַװעֶקגעֶשטעֶלט פאַר חירם׳ן. דעֶרזעֶהן פאַר זיִך פּלוּציִם דעֶם יוּדיִשעֶן נָבִיא, איִז חירם דעֶרציִטעֶרט געֶװאָרעֶן.

— װעֶר האָט דיִך אַהעֶר אַרוײיפגעֶבּראַכט? — פרעֶגט עֶר אַ דעֶרשראָקעֶנעֶר.

— גאָט האָט מיִך אַהעֶר געֶבּראַכט. עֶר האָט מיִר בּעֶפוׂילעֶן דיִר אַזוׂי צוּ זאָגעֶן: חירם, װאָס נעֶהמסטוּ זיִך איִבּעֶר, בּיִסט דאָך ניִשט מעֶהר װיִ אַ פרוׂיעֶן־קיִנד?

זאָגט חירם: אֱמֶת, איִך בּיִן אַ פרוׂיעֶן־קיִנד, אָבּעֶר װיִ אַ גאָט װעֶל איִך לעֶבּעֶן אײֵבּיִג איִן דעֶם פּאַלאַץ: גאָט זיִצט איִן מיִטעֶן דיִ יַמִים, איִך אוׂיך װיִ עֶר; גאָט װאוׂינט איִן זיִבּעֶן היִמלעֶן, — איִך אוׂיך...

אַ סוׂף האָט אָבּעֶר חירם געֶהאַט זעֵהר אַ מִיאוּס׳עֶן. גאָט האָט אוׂיף איִהם געֶבּראַכט נְבוּכַדְנֶצַר׳ן, װעֶלכעֶר האָט איִהם פוּן זײַן שטוּהל אַראָפּגעֶװאָרפעֶן, פוּן זײַן לײַבּ שטיִקליִך געֶשניִטעֶן, געֶטוּנקעֶן זײֵ איִן עֶסיִג אוּן איִהם אַלײֵן געֶגעֶבּעֶן אוׂיפעֶסעֶן, בּיִז עֶר איִז מיִט דעֶר מִיתָה־מְשוּנָה געֶשטאָרבּעֶן.

איִן חירם׳ס װאוּנדעֶרליִכעֶר פּאַלאַץ איִז אָט װאוּ אַהיִנגעֵקוּמעֶן: גאָט האָט אוּנטעֶר איִהם דיִ עֶרד צוּשפּאַלטעֶן, אוּן אײַנגעֶזוּנקעֶן דאָרט, ליִגט דעֶר פּאַלאַץ בּעֶהאַלטעֶן פאַר דיִ צַדִיקִים לְעָתִיד־לָבוֹא ¹).

דָנִיאֵל אוּן דיִ שלאַנג.

נְבוּכַדְנֶצַר האָט געֶדיִענט צוּ אַ שלאַנג אוּן בּעֶריִהמט זיִך פאַר דָנִיאֵל׳ן:

— זעֶה װיִ שטאַרק דיִ שלאַנג איִז, װיִפיִעל מעֶן גיִט איִהר צוּ עֶסעֶן — שליִנגט זיִ אַלץ אײַן.

זאָגט דניאל: גיִבּ מיִר רְשוּת, װעֶל איִך זיִ אָפּשװאַכעֶן.

¹) אוׂיף יענער װעלט.

↤ 166

האָט עֶר איִהם געֶגעֶבּעֶן.

האָט דניאל געֶנוּמעֶן שאַרפעֶ אײַזעֶרנעֶ נעֶגעֶל ¹), אײַנגעֶװיִקעֶלט איִן שטרוׂי אוּן געֶװאָרפעֶן פאַר דעֶר שלאַנג. דיִ שלאַנג האָט דיִ שטרוׂי אײַנגעֶשלוּנגעֶן, אוּן דיִ נעֶגעֶל האָבּעֶן איִהר געֶלעֶכעֶרט דיִ געֶדעֶרעֶם.

חֲנַנְיָה, מִישָׁאֵל וַעֲזַרְיָה.

אַז נְבוּכַדְנֶצַר האָט חֲנַנְיָה, מִישָאֵל וַעֲזַרְיָה איִן קאַלך־אוׂיבעֶן אַרײַנגעֶװאָרפעֶן, האָט זיִך יוּרְקְמִי, דעֶר מַלְאָך פוּן האָגעֶל, געֶשטעֶלט פאַר׳ן אוׂיבּעֶרשטעֶן אוּן געֶזאָגט:

— רִבּוׂנוׂ־שֶל־עוׂלָם! לאָז מיִך געֵהן אָפּקיִהלעֶן דעֶם אוׂיבעֶן.

זאָגט צוּ איִהם גַבְרִיאֵל: דאָס װעֶט ניִט זײַן קײַן גרוׂיסעֶר װאוּנדעֶן — דוּ בּיִסט דעֶר מלאָך פוּן האָגעֶל, אוּן אַלעֶ װײֵסעֶן, אַז װאַסעֶר לעֶשט פײַעֶר; איִך בּיִן אָבּעֶר דעֶר מלאָך פוּן פײַעֶר, װעֶל איִך געֵהן אוּן װײַזעֶן דעֶם אוׂיבּעֶרשטעֶנ׳ס גְבוּרָה, אַז דעֶר אוׂיבעֶן װעֶט זײַן איִנװעֵניִג קיִהל, אוׂיסעֶנװעֵניִג אַזוׂי הײֵס גליִהעֶנד, אַז דיִ געֶצעֶן־דיִענעֶר פוּן דרוׂיסעֶן װעֶלעֶן פעֶרבּרעֶנט װעֶרעֶן.

אוּן אַזוׂי איִז געֶשעֶהן.

אַז חנניה, מישאל ועזריה זעֶנעֶן אַרוׂיס פוּן קאַלך־אוׂיבעֶן, האָבּעֶן זיִך אוׂיפגעֶקליִבּעֶן אַלעֶ אוּמוׂת פוּן גאָר דעֶר װעֶלט, מיִט פעֶראַכטוּנג געֶפּעֶטשעֶלט יוּדעֶן איִבּעֶר׳ן פָּנִים אוּן זײֵ בּעֶשפּיִגעֶן פוּן קאָפּּ בּיִז פיִס.

— שעֶמעֶן מעֶגט איִהר זיִך, אַזאַ שטאַרקעֶן גאָט האָט איִהר — אוּן בּוּקט זיִך צוּ׳ם געֶצעֶן־בּיִלד!

חנניה, מישאל ועזריה האָבּעֶן ניִשט געֶװאוּסט װאוּהיִן היִנצוּטהוּן זיִך פאַר בּוּשָה, צוּ־געֶשאָקעֶלט מיִט׳ן קאָפּּ אוּן געֶזאָגט: „געֶרעֶכט בּיִזטוּ גאָט, אוּן אוּנז בּלײַבּט נוּר זיִך צוּ שעֶמעֶן”.

— איִן אַזאַ שפּײַלעֶכץ — האָט דעֶר תַּנָא רַבִּי יְהוֹשֻעַ געֶזאָגט — קעֶן מעֶן דעֶרטרוּנקעֶן װעֶרעֶן.

¹) צװעקעס.

↤ 167

נֵס פּוּרִים.
I.
אֲחַשְׁוֵרוֹש׳עֶס סְעוּדָה.

אַ מִנְהָג איִז געֶװעֶן איִן פָּרַס, אַז אוׂיף אַ גרוׂיסעֶר סְעוּדָה האָט מעֶן געֶשטעֶלט אַ גרוׂיסעֶן כּוׂס, װאָס האַלט פיִנף אַכטעֶל עֶמעֶר, אוּן יעֶדעֶר גאַסט האָט געֶמוּזט אוׂיסטריִנקעֶן איִן גאַנצעֶן, עֶר מעֶג אֲפִילוּ פוּן זיִנעֶן אַראָפּ. דעֶרפוּן פלעֶגעֶן דיִ שעֵנק־מײַסטעֶרס רײַך װעֶרעֶן: װעֶר ס׳האָט ניִט געֶקעֶנט טריִנקעֶן, האָט זיִך שטיִלעֶרהײֵד בּײַ זײֵ אוׂיסגעֶקוׂיפט מיִט געֶלד.

דאָס מאָל האָט אֲחַשְוֵרוֹש בּעֶפוׂילעֶן, מעֶן זאָל דעֶם גרוׂיסעֶן כּוׂס ניִט שטעֶלעֶן, כְּדֵי „קײֵנעֶם ניִט נוׂיטעֶן” אוּן „טהוּן יעֶדעֶנס װיִלעֶן”.

זאָגט גאָט צוּ איִהם: רָשָע אײֵנעֶר! װיִ קוּמסטוּ צוּ טהוּן יעֶדעֶנס װיִלעֶן? אַז צװײֵ שיִפעֶן שװיִמעֶן איִן יַם, אײֵנעֶ בּעֵט אוׂיף אַ צָפוׂן־װיִנד, דיִ צװײֵטעֶ אוׂיף אַ דָרוׂם־װיִנד, קעֶן זײֵ דעֶן אײֵן װעֶר טרײַבּעֶן? מאָרגעֶן קוּמעֶן צוּ דיִר צװײֵ מעֶנשעֶן, מָרְדְכַי אוּן הָמָן, װעֶסטוּ פאַר בּײֵדעֶ מיִט אַמאָל ניִט קעֶנעֶן יוֹצֵא זײַן, נוּר דעֶם — דעֶרהוׂיבּעֶן, יעֶנעֶם — העֵנגעֶן. יעֶדעֶן צוּפריִעדעֶן שטעֶלעֶן — דאָס קעֶן נוּר אײֵן גאָט אַלײֵן.

II.
בִּגְתָן וָתֶרֶשׁ.

בִּגְתָן וָתֶרֶש זעֶנעֶן בּײֵדעֶ געֶװעֶן פוּן טַרְסִים־לאַנד. אַז מרדכי איִז אַרײַנגעֶטרעֶטעֶן איִן הוׂיף, האָבּעֶן זײֵ זיִך בּעֶראָטעֶן צוּ פעֶר׳סַמ׳עֶן אחשורוֹש׳ן כְּדֵי מעֶן זאָל זאָגעֶן: כָּל־זְמַן ס׳איִז ניִט געֶװעֶן קײַן יוּד איִן הוׂיף, איִז גאָר־ניִט געֶשעֶהן, װיִ נוּר אַ יוּד האָט זיִך אַהעֶר אַרײַנגעֶדרעֵהט, האָט מעֶן שוׂין אַרײַנגעֶטהוּן גיִפט איִן מֶלֶך׳ס שאָהל.

געֶרעֶדט האָבּעֶן זײֵ אוׂיף טַרְסִיש־לָשׁוֹן אוּן געֶמײֵנט, אַז קײֵנעֶר פעֶרשטעֶהט ניִט. זײֵ האָבּעֶן ניִט געֶװאוּסט, אַז מרדכי איִז פוּן דיִ סַנְהֶדְרִין, װעֶלכעֶ מוּזעֶן קעֶנעֶן אַלעֶ זיִבּעֶציִג לְשוׂנוׂת.

III.
װיִ מיִט דיִ אוׂיבּעֶרשטעֶ, אַזוׂי מיִט דיִ אוּנטעֶרשטעֶ.

„האָט מעֶן אוׂיפגעֶהאַנגעֶן דיִ בּײֵדעֶ (בּגתן ותרש) אוׂיף אַ בּוׂים...” „נאָכדעֶם האָט דעֶר קעֶניִג גרוׂיסגעֶמאַכט הָמָנ׳עֶן”.

↤ 168

אוׂיף דעֶם נאָהעֶנטעֶן שְכֵנוּת פוּן דיִ צװײֵ פְּסוּקִים דעֶרצעֵהלט רַבִּי אַזאַ מָשָל:

דעֶר לײֵבּ האָט פעֶרבּעֶטעֶן אַלעֶ בְּהֵמוׂת צוּ זיִך אוׂיף אַ מאָהלצײַט אוּן געֶמאַכט פוּן זײֵעֶרט־װעֶגעֶן אַ געֶצעֶלט פוּן לײֵבּעֶן־פעֶל. נאָכ׳ן עֶסעֶן בּעֵטעֶן זײֵ דעֶם פוּקס, עֶר זאָל זײֵ זיִנגעֵן, זאָגט דעֵר פוּקס: אוׂיבּ איִהר װעֵט מיִר מיִטהעֶלפעֶן אוּן נאָכזיִנגעֶן — זיִנג איִך פאָר. זאָגעֶן זײֵ: רעֶכט!

הײֵבּט עֶר אוׂיף דיִ אוׂיגעֶן צוּ דיִ לײֵבּ־פעֶל אוּן זאָגט:

װאָס מיִר האָבּעֶן אוׂיף דיִ אוׂיבּעֶרשטעֶ געֶזעֶהן,
װעֶט מיִט דיִ אוּנטעֶרשטעֶ אוׂיך געֶשעֶהן.

אַזוׂי האָט מָרְדְכַי געֶזאָגט: װאוּ בִּגְתָן וָתֶרֶש העֵנגט, דאָרט װעֶט הָמָן אוׂיך זײַן.

IV.
הָמָן׳ס גְדוּלָה.

אַנדעֶרעֶ חֲכָמִים האָבּעֶן געֶזאָגט אוׂיף הָמָנ׳ס גְדוּלָה דיִ דאָזיִגעֶ מְשָלִים:

אײֵנעֶר האָט געֶהאַט אַ פעֶרד מיִט אַן עֵזעֶל אוּן אַ חַזִיר. יעֶנעֶ צװײֵ האָט עֶר געֶגעֶבּעֶן צוּ עֶסעֶן מיִט אַ מאָס, אוּן דעֶם חזיר — אָהן אַ מאָס.

פרעֶגט דעֶר עֵזעֶל: פאַרװאָס קוּמט עֶס אוּנז? מיִר אַרבּײַטעֶן דאָך אוּן דעֶר שװײַן טהוּט גאָרניִט.

עֶנטפעֶרט איִהם דאָס פעֶרד: ס׳װעֶט קוּמעֶן דיִ צײַט — װעֶסטוּ זעֶהן.

װיִ ס׳איִז געֶקוּמעֶן חָגָא קאַלעֶנדאַ, האָט מעֶן דעֶם שװײַן געֶשאָכטעֶן.

אַזוׂי איִז הָמָנ׳עֶן: פריִהעֶר אַן עֲליָה ¹), דעֶרנאָך אַ תְּלִיָה.

דעֶם מֶלֶך׳ס קוּטשעֶר האָט געֶשאָלטעֶן דעֶם פּריִנץ.

זאָגט דעֶר מֶלֶך: הַרְג׳נעֶן אַ קוּטשעֶר איִז אַ קלײֵניִגקײַט. איִך װעֶל איִהם פריִהעֶר מאַכעֶן פאַר אַ שטאַל־מײַסטעֶר, דעֶרנאָך פאַר אַ הוׂיף־מײַסטעֶר — אוּן עֶרשט דעֶמאָלט בּעֶשטראָפעֶן.

V.
הָמָן׳ס אוּנטעֶרנעֶהמעֶן.

אַ פויגעֶל האָט זיִך אוׂיסגעֶפלאָכטעֶן אַ נעֶסט בּײַם בּרעֶג פוּן יַם, קוּמט אַ כװאַליעֶ אוּן פעֶרפלײֵצט איִהם.

¹) דערהוׂיכוּנג.

↤ 169

שטעֶלט עֶר זיִך בּײַם בּרעֶג, נעֶהמט אָן אַ פוּלעֶן שנאָבּעֶל װאַסעֶר אוּן גיִסט אוׂיף דעֶר יְבָּשָה, אוּן נעֶהמט אַ פוּלעֶן שנאָבּעֶל זאַמד אוּן שיִט איִן יַם.

קוּמט אַ אַנדעֶר פוֹיגעֶל אוּן פרעֶגט: װאָס טהוּסטוּ?

עֶנטפעֶרט איִהם יעֶנעֶר: איִך װעֶל ניִט אָפּטרעֶטעֶן פוּן אָרט, בּיִז איִך פעֶרשיִט דעֶם ים אוּן פעֶרפלײֵץ דיִ יְבָּשָה.

זאָגט עֶר איִהם: שׁוֹטֶה אײֵנעֶר, װאָס דוּ קעֶנסט שוׂין אוׂיפטהוּן מיִט דײַן נאַריִשעֶן שנאָבּעֶל?

אַזוֹי האָט גאָט געֶזאָגט צו המנ׳עֶן:

— איִך האָבּ געֶװאָלט אוֹיסראָטעֶן דאָס פאָלק יִשׂראל אוּן אוׂיך ניִט געֶקעֶנט, װיִלסטוּ זײֵ „פעֶרטיִליִגעֶן, הרג׳נעֶן אוּן פעֶרליִרעֶן” — מעֶגסט זײַן זיִכעֶר, װעֶסט פריִהעֶר דײַן קאָפּּ פעֶרליִרעֶן אײֵדעֶר פוּן זײֵ װעֶט אַ האָר געֶמוּנעֶרט װעֶרעֶן.

VI.
הָמָן׳ס מְסִירוּת.

„אוּן הָמָן איִז געֶקוּמעֶן פאַר אֲחַשְוֵרוֹשׁ׳עֶן” מיִט זײַנעֵ מְסִירוֹת אוׂיפ׳ן יוּדיִשעֶן פאָלק. אַ מָסוּר אוׂיף יוּדעֶן — האָט רָבאָ געֶזאָגט — איִז המן געֶװעֶן אַ געֶניִטעֶר װיִ ניִט קײֵנעֶר. אַלעֶס בּײֵז האָט עֶר אוׂיף זײֵ אוׂיסגעֶרעֶדט פאַר אחשורוֹש׳עֶן, אוּן געֶזאָגט: „שוׂין צײַט זיִך אַ נעֶהם־טהוּן צוּ זײֵ”. יאָ — זאָגט איִהם אַחשורוֹש — זײֵ האָבּעֶן אָבּעֶר אַ שטאַרקעֶן גאָט, װאָס שטעֶלט זיִך פאַר זײֵ אײַן.

זאָגט הָמָן: זײֵ האָבּעֶן זיִך שוׂין פוּן איִהם דעֶרװײַטעֶרט, זײַנעֶ געֶבּאָט היִטעֶן זײֵ ניִשט.

— ס׳איִז אָבּעֶר נאָך דאָ צװיִשעֶן זײֵ עֶהרליִכעֶ אוּן פריִמעֶ.

— ס׳איִז „אײֵן פאָלק”, אײֵנעֶר ניִשט בּעֶסעֶר פוּנ׳ם אַנדעֶרעֶן, אַלעֶ מוּז מעֶן אוּמבּרײֵנגעֶן.

— ציִ װעֶט אֶפְשַר ניִשט װעֶרעֶן דוּרך דעֶם אַ גרוֹיסעֶר חָלָל ¹) איִן דעֶר מדיִנה?

— זײֵ זעֶנעֶן „צוּזײֵעט אוּן צוּשפּרײֵט”, עֶס װעֶט זיִך ניִשט אָנזעֶהן.

— דיִ קרוׂין װעֶט דוּרך דעֶם אַ סך פעֶרליִרעֶן.

¹) לאָך, לעדיִג פּלאַץ.

↤ 170

— אוּנפרוּכטבּאַר זעֶנעֶן זײֵ פאַר דעֶר קרוׂין. דאָס איִז אַ פאָלק אַ אָנשיִקעֶניִש אוׂיף דעֶר גאַנצעֶר מְדִינָה, מְשוּנֶה־װיִלד זעֶנעֶן זײֵעֶרעֶ מִנְהָגִים אוּן מיִט קײַן פאָלק לעֶבּעֶן זײֵ זיִך ניִשט אײַן, מיִשעֶן זיִך ניִשט מיִט אוּנז מיִט׳ן עֶסעֶן אוּן טרוּנקעֶן אוּן זעֶנעֶן זיִך מיִט אוּנז ניִשט מִתְחַתֵּן, זײֵ האָבּעֶן אוּנז פײַנט אוּן פעֶראַכטעֶן אוּנז פוּנ׳ם קלעֶנסטעֶן בּיִז׳ן גרעֶסטעֶן. פוּן דעֶר װעֶלט תֵּירוּצִים זוּכעֶן זײֵ אוׂיס, כְּדֵי אוׂיסצוּמיִלדעֶן דיִ דיִענסט פוּן קעֶניִג אוּן ניִשט עֶרפיִהלעֶן זײַנעֶ געֶזעֶצעֶן. דאָ איִז בּײַ זײֵ שאַבּאַש ¹), דאָ — יוׂם־טוׂב. עֶפּיִס אָהן אַ שִעוּר יָמִים־טוֹבִים: פֵּסַח, שָבוּעוׂת, סֻכּוֹת, ראש־הַשָנָה, יוׂם־כִּפּוּר...

— רָשָע! — האָט גאָט דעֶרבּײַ געֶזאָגט — גרוׂיס איִז בּײַ דיִר איִן דיִ אוׂיגעֶן זײֵעֶרעֶ ימים־טוֹבים. װאָרט, אָט בּאַלד בּעֶקוּמסטוּ דיִ מַפָּלָה, װעֶט זײֵ צוּקוּמעֶן נאָך אײֵן יוׂם־טוׂב, גאָר אַ נײַעֶר.

צװײֵ שְכֵנִים זעֶנעֶן געֶװעֶן. אײֵנעֶר האָט געֶהאַט אַ בּאַרג אוׂיף זײַן פעֶלד, דעֶר אַנדעֶרעֶר — אַ גראָבּעֶן. דעֶר טראַכט: װעֶן איִך האָבּ דעֶם בּאַרג — פעֶרשיִט איִך דעֶם גראָבּעֶן, אוּן יעֶנעֶר טראַכט: װעֶן האָבּ איִך אַזאַ גראָבּעֶן, — רוׂים איִך אָפּ דעֶם בּאַרג. אײֵנמאָל טרעֶפעֶן זײֵ זיִך בּײֵדעֶ, זאָגט אײֵנעֶר: פעֶרקוׂיף מיִר דײַן בּאַרג. עֶנטפעֶרט דעֶר: נעֶהם אוּמזיִסט.

אַזוׂי האָט המן געֶבּאָטעֶן אַחשורוֹשׁ׳עֶן צעֶהן טוׂיזעֶנד צעֶנטנעֶר זיִלבּעֶר, אוּן דעֶר האָט איִהם געֶזאָגט: װיִלסט, האַלט דאָס געֶלד פאַר זיִך אוּן טהוּ מיִט דיִ יוּדעֶן װאָס דוּ װיִלסט.

VII.
דיִ גְזֵירָה.

„האָט מעֶן געֶרוּפעֶן דיִ קעֶניִגליִכעֶ שרײַבּעֶר, האָבּעֶן זײֵ אָנגעֶשריִבּעֶן בּריִעף אוּן מ׳האָט זײֵ צוּשיִקט”. אוּן אַזוׂי האָט מעֶן געֶשריִבּעֶן איִן דיִ בּריִעף:

אַלעֶ פעֶלקעֶר, נאַציִאָנעֶן אוּן שפּראַכעֶן, אײַעֶר פריִעד זאָל װאַקסעֶן! זײַט װיִסעֶן אַז געֶקוּמעֶן איִז פאַר אוּנז אַ מאַן, ניִשט פוּן אוּנזעֶר אָרט אוּן ניִשט פוּן אוּנזעֶר לאַנד, פוּן עֲמָלֵק׳ס שטאַם איִז עֶר, אַ גרוׂיסעֶר יַחְסָן, הָמָן איִז זײַן נאָמעֶן. בּעֵט עֶר בּײַ אוּנז אײֵן קלײֵניִגקײַט: אײֵן פאָלק, זאָגט עֶר, איִז דאָ צװיִשעֶן אַוּנז, אַ ניִשטיִגס, פעֶראַכטעֶט פוּן אַלעֶ פעֶלקעֶר, אָבּעֶר פוּל מיִט חוּצְפָּא ²) אוּן דעֶרצוּ זעֶהר אַ שעֶדליִכס, װאוּ אַ צָרָה זעֶנעֶן זײֵ איִן דעֶרמיִט, זײֵ לאַכעֶן אוּנז אוׂיס אוּן אוּנזעֶר אוּמגליִק איִז פאַר זײֵ אַ שִׂמְחָה. זײֵ בּעֵטעֶן ↰ 171 תָּמִיד אוׂיף אוּנזעֶר מַפָּלָה אוּן גאַרעֶן צוּ זעֶהן נְקָמָה איִן אוּנז. אוּן װיִ אוּנדאַנקבּאַר דאָס פאָלק איִז! דאָס װײַזט זיִך קלאָר אַרוׂיס פוּן דעֶר גאַנצעֶר געֶשיִכטעֶ. אָט זעֶהט װאָס זײֵ האָבּעֶן געֶטהוּן מיִט׳ן קעֶניִג פוּן מצריִם, מיִט דעֶם אָרוּמעֶן פַּרְעה, נעֶבּיִך: אַזוׂי פרײַנדליִך װיִ עֶר האָט זײֵ אוׂיפגעֶנוּמעֶן, געֶזעֶצט זײֵ איִנ׳ם שעֶהנסטעֶן טהײֵל פוּן זײַן לאַנד, זײֵ געֶשפּײַזט איִן דיִ הוּנגעֶר־יאָהרעֶן אוּן זײֵ אוׂיסגעֶהאַלטעֶן מיִט אַלעֶס גוּטעֶן. פאַר דעֶם האָט עֶר בּײַ זײֵ געֶבּעֵטעֶן, זײֵ זאָלעֶן אוׂיסבּוׂיעֶן פאַר איִהם נוּר אײֵן פּאַלאַץ, האָבּעֶן זײֵ בּאַלד זיִך געֶנוּמעֶן אוׂיסדרעֵהעֶן מיִט שװיִנדלעֶרײַעֶן: „לאָז אוּנז אָפּ, זאָגעֶן זײֵ, אוׂיף אַ דרײַ טעֶג איִן דעֶר מִדְבָּר, אוּנזעֶר גאָט דיִענעֶן דאָרט, דעֶרנאָך קעֶהרעֶן מיִר זיִך װיִדעֶר צוּריִק. אַגַב, זאָגעֶן זײֵ, טהוּ אַ געֶפעֶליִגקײַט אוּן אַנטלײַ אוּנז אַבּיִסעֶל גאָלד מיִט זיִלבּעֶר מיִט קלײֵדעֶר, — אַנטלײַט מעֶן זײֵ פוּנ׳ם שעֶהנסטעֶן אוּן בּעֶסטעֶן, לאָדט יעֶדעֶר פוּן זײֵ אָן עֶטליִכעֶ עֵזלעֶן מיִט פרעֶמד האָבּ־אוּן־גוּטס — אוּן מעֶ מאַכט פְּלֵיטָה. יאָגט זיִך פַּרְעה מיִט זײַן מַחְנֶה נאָך דיִ שװיִנדלעֶר, מײֵנט אָפּצוּראַטיִװעֶן זײַן פעֶרמעֶגעֶן. װאָס־זשעֶ מײֵנט איִהר, האָבּעֶן זײֵ איִהם אָפּגעֶטהוּן? האָבּעֶן זײֵ בּײַ זיִך עֶפּיִס אײֵנעֶם אַ מאַן משֶה בֶּן עַמְרָם, אַפָּנִים אַ גרוׂיסעֶר מְכַשֵף, חאַפּט עֶר עֶפּיִס אַ מיִן שטעֶקעֶן, זאָגט־אָפּ אַ מיִן שפּרוּך, גיִט אַ קלאַפּּ איִבּעֶר׳ן יַם, טריִקעֶנט־עֶר אוׂיס, געֶהעֶן זײֵ איִהם איִבּעֶר פאָראוׂיס טרוּקעֶן, אוּן פּרעה מיִט זײַן גאַנצעֶר מַחֲנֶה, נאָך זײֵ, זעֶנעֶן געֶגאַנגעֶן אַלעֶ צוּם גרוּנד. אָט מיִט װאָס זײֵ האָבּעֶן אָפּגעֶצאָהלט פאַר זײַנעֶ אַלעֶ טוֹבוׂת!

¹) שבת. ²) עַזוּת.

אוּן װאָס האָבּעֶן זײֵ אָפּגעֶטהוּן דעֶם עֶלטעֶר זײֵדעֶן, דעֶם גרוׂיסעֶן עֲמָלֵק? אַז עֶר האָט ניִט געֶקעֶנט לײַדעֶן דיִ שרעֶקליִכעֶ עַוְלָה, װאָס איִז אָפּגעֶטהוּן געֶװאָרעֶן פּרעה׳ן, אוּן איִז געֶגעֶן זײֵ אַרוׂיסגעֶטראָטעֶן, שטעֶלט משה אַרוׂיס אַקעֶגעֶן איִהם זײַנעֶם אַ תַּלְמִיד יְהוֹשֻעַ־בֶּן־נוּן, אַ מעֶנש אַן אַכזר, אָהן אַ פוּנק רַחְמָנוּת, מיִט אַ גאַנצעֶר מַחְנֶה װאוׂילעֶ יוּנגעֶן, װעֶר װײֵסט זײֵ דאָרטעֶן, ציִ מְכַשְפִים ציִ גִבּוׂרִים. אוּן משה אַלײֵן האָט געֶנוּמעֶן דעֶם געֶװיִסעֶן שטעֶקעֶן איִן דעֶר האַנד, זיִך אַװעֶקגעֶזעֶצט אוׂיף אַ שטײֵן, אוּן געֶזאָגט עֶפּיִס אַ שפּרוּך — זעֶנעֶן פּלוּצוּם דיִ מַחְנוׂת פוּן עמלק׳ן װיִ אָפּהעֶנדיִג געֶװאָרעֶן אוּן געֶפאַלעֶן טוׂיט בּיִז אײֵנעֶם. נאָכדעֶם זעֶנעֶן דיִ לײַט בּעֶפאַלעֶן אוׂיף סִיחוֹן וְעוׂג, דיִ בּעֶװאוּסטעֶ װעֶלט־גִבּוׂרִים, ריִעזעֶן, װאָס קײֵנעֶר האָט ניִשט געֶװאַגט אָנצוּהײֵבּעֶן זיִך מיִט זײֵ, אוּן ס׳איִז גאָר ניִשט צוּ׳ם פעֶרשטעֶהן, װיִ אַרוּם דיִ יוּדליִך האָבּעֶן זײֵ בּײַגעֶקוּמעֶן!

מײֵנט איִהר דאָס איִז גאָר? דעֶר זעֶלבּעֶר יהוֹשע פיִהרט זײֵ אַװעֶק איִן לאַנד כְּנַעַן, הַרְג׳עֶט־אוׂיס אײֵן אוּן דרײַסיִג מְלָכִים אוּן צוּטהײֵלט זײֵעֶר לאַנד ↰ 172 צװיִשעֶן זײַניִגעֶ. אוּן אַפִילוּ דיִ גִבְעוֹנִים, מיִט װעֶלכעֶ זײֵ האָבּעֶן שָׁלוׂם געֶשלאָסעֶן, האָבּעֶן זײֵ אוׂיך ניִשט געֶשוֹינט אוּן געֶמאַכט זײֵ בּײַ זיִך פאַר קנעֶכט. אוּן אַז דעֶר שטאַרקעֶר סִיסְרָא מיִט זײַנעֶ חַיָלוֹת איִז דעֶרנאָך געֶגעֶן זײֵ אַרוׂיסגעֶטראָטעֶן, האָבּעֶן זײֵ איִהם עֶפּיִס אַזוׂינס אָנגעֶטהוּן — אוּן דעֶר טײַך קִישׁוׂן האָט פעֶרפלײֵצט אַלעֶ זײַנעֶ מַחֵנוׂת אוּן זײֵ פעֶרטראָגעֶן איִן גרוֹיסעֶן יַם אַרײַן.

דעֶר עֶרשטעֶר קעֶניִג זײֵעֶרעֶר, שָאוּל, איִז בּעֶפאַלעֶן מיִט רְצִיחָה אײֵנעֶם פוּן מײַנעֶ זײֵדעֶס, אַ קעֶניִג פוּן עֲמָלֵק, אוּן אוּמ׳בְּרַחְמָנוּת׳דיִג אוּמגעֶבּראַכט הוּנדעֶרט טוֹיזעֶנד רײַטעֶר איִן אײֵן טאָג, מ׳האָט ניִשט געֶשוֹינט קײֵנעֶם, אַפילוּ פרוֹיעֶן מיִט קלײֵנעֶ קיִנדעֶר. אוּן דעֶם געֶקרוֹינטעֶן גרײַז־גרוׂיעֶן אֲגָג, מײַן גרוׂיסעֶן זײֵדעֶן, האָט זײֵעֶר אַ נָבִיא צוּשניִטעֶן אוּן פאַר פוֹיגלעֶן זײַן פלײֵש געֶװאָרפעֶן. ס׳איִז גאָר ניִשט צוּ׳ם בּעֵגרײֵפעֶן פוּן װאַנעֶן אַזאַ כּוׂח האָט זיִך צוּ זײֵ געֶנוּמעֶן.

נאָכדעֶם איִז פוּן זײֵ אַ נײַעֶר קעֶניִג אוׂיפגעֶשטאַנעֶן, דָוִד בֶּן יִשַי, אַ װיִלדעֶ בְּרִיָה, עֶר האָט דוֹרֵס געֶװעֶן אַלעֶ פעֶלקעֶר װאָס אַרוּם איִהם, אַ תֵּל־עוׂלָם פוּן זײֵ געֶמאַכט. זײַן זוּהן שלמה, האָט פאַר זײֵ אוׂיסגעֶבּוׂיעֶט אַ הוׂיז, בֵּית־הַמִקְדָש הײֵסט עֶס בּײַ זײֵ, װעֶר װײֵסט זײֵ װאָס איִנװעֵניִג האָט זיִך דאָרט אָפּגעֶטרוּן? מאַכט זיִך אַ מִלְחָמָה, לוׂיפעֶן זײֵ בּאַלד אַהיִן, טהוּעֶן־אָפּ אַ מיִן כִּשׁוּף, געֵהעֶן־אַרוׂיס אוּן מאַכעֶן חָרוּב דיִ װעֶלט. פרעֶגט זײֵ אָבּעֶר, האַלטעֶן זײֵ זיִך פאַר לײַטיִשעֵר אוּן פײַנעֶר פוּן אַלעֶ פעֶלקעֶר, װאוּ אַ גוּטעֶ מַעֲלָה איִז נוּר בּײַ זײֵ, קײֵנעֶר איִן דעֶר װעֶלט קעֶן זיִך צוּ זײֵ ניִשט גלײַכעֶן.

ס׳איִז אָבּעֶר געֶקוּמעֶן אוׂיף זײֵ אוׂיך אַ צײַט, זײֵעֶר גאָט איִז געֶװאָרעֶן אַלט אוּן שװאַך, זײֵעֶר כִּשׁוּף־מאַכעֶרײַ האָט פעֶרלוׂירעֶן דעֶם כּוֹח, אוּן דעֶר גרוֹיסעֶר נְבוּכַדְנֶצַר מֶלֶך בָּבֶל האָט פעֶרװיִסט זײֵעֶר לאַנד, פעֶרבּרעֶנט זײֵעֶר בּית־המקדש אוּן פעֶרטריִבּעֶן זײֵ צװיִשעֶן אוּנז. מײֵנט איִהר, זײֵ האָבּעֶן געֶעֶנדעֶרט זײֵעֶר מִיאוּס׳ע טֶבַע? ניִשט אוׂיף אַ האָר! דאָס זעֶלבּעֶ עַזוּת, דיִ זעֶלבּעֶ גַאֲוָה אוּן איִבּערנוּמעֶן זיִך, אוּן חאָטש זײֵ זעֶנעֶן בּײַ אוּנז איִן גלוּת, פעֶראַכטעֶן זײֵ אוּנז, שפּעֶטעֶן פוּן אוּנזעֶר אֶמוּנָה אוּן קעֶנעֶן אוּנז ניִשט אָנקוּקעֶן.

איִבּעֶר דעֶם אַלעֶמעֶן איִז בּײַ אוּנז געֶבּליִבּעֶן, אײֵנמאָל פאַר אַלעֶמעֶן, פָּטוּר צוּ װעֶרעֶן פוּן דעֵר אוּמָה. מיִר האָבּעֶן געֶװאָרפעֶן גוֹרָל, װעֶן זײֵ אוּמצוּבּרײֵנגעֶן פוּן דעֶר װעֶלט, איִז אוֹיסגעֶפאַלעֶן אוׂיף דעֶם דרײַצעֶהטעֶן טאָג איִן חוֹדֶש אֲדָר. אָט דאָס זעֶנעֶן מיִר אײַך איִצט מוֹדִיעַ דוּרך דיִ בּריִעף, איִהר זאָלט זײַן גרײֵט צוּ דעֶר רעֶכטעֶר צײַט. װעֶר עֶס קעֶן אָנציִהעֶן אַ בּוׂיגעֶן — זאָל עֶר איִהם אָנציִהעֶן, װעֶר עֶס קעֶן נעֶהמעֶן אַ שװעֶרד איִן דעֶר האַנד — ↰ 173 זאָל נעֶהמעֶן, אוּן אַלעֶ מיִט אַמאָל איִן אײֵן טאָג זאָלט איִהר בּעֶפאַלעֶן דיִ יוּדעֶן, אוׂיסראָטעֶן זײֵ, פעֶרטיִליִגעֶן, פעֶרניִכטעֶן אַלט אוּן יוּנג, פרוֹי אוּן קיִנד, עֶס זאָל פוּן זײֵ ניִשט בּלײַבּעֶן קײַן שָׂרִיר וּפָלִיט”.

שטאַרק צוּפריִעדעֶן מיִט דיִ געֶ׳חַתְמ׳עֶטעֶ בּריִעף איִן דעֵר האַנד איִז הָמָן אַרוׂיס פוּנ׳ם קעֶניִג׳ס פּאַלאַץ, אוּן עֶר מיִט זײַן חַבְרַיָא ¹) האָבּעֶן זיִך געֶלאָזט געֵהן אַהײֵם זעֶהר אוׂיפגעֶלעֶגט. מָרְדְכַי, בּײַ׳ם קעֶניִגס־טוׂיעֵר אוׂיף דעֶר װאַך, האָט דאָס בּעֶמעֶרקט. דעֶרזעֶהט עֶר פוּן װײַטעֶן דרײַ יוּדיִשעֶ קיִנדעֶר געֶהעֶן פוּן שוּלעֶ אַרוׂיס, לוׂיפט עֶר זײֵ נאָך. המן מיִט זײַנעֶ לײַט האָבּעֶן זיִך אָפּגעֶשטעֶלט, נײַגיִריִג צוּ װיִסעֶן, װאָס װעֵט דאָ פאָרקוּמעֶן. אָפּגעֶשטעֶלט דיִ קיִנדעֶר, פרעֶגט מרדכי בּײַ אײֵנעֶם פוּן זײֵ: קיִנד מײַנס, בּײַ װאָס פאַר אַ פּסוּק האָסטוּ זיִך הײַנט איִן שוּלעֶ אָפּגעֶשטעֶלט? עֶנטפעֶרט דאָס קיִנד הוׂיך אוׂיף אַ קוׂל: „פאָרכט דיִך ניִשט פאַר אַ פּלוּצליִכעֶן שרעֶק אוּן פאַר אַ דוּנעֶרשלאָג פוּן שלעֶכטעֶ, װאָס רוּקט זיִך אָן”. זאָגט דעֶר צװײֵטעֶר זײַן פָּסוּק: „בּעֶטראַכט אַ ראָטה אוּן עֶס װעֶט װעֶרעֶן צוּ ניִשט, רעֶדט זיִך אָפּ אַ בּעֶשלוּס אוּן עֶס װעֶט ניִשט קוּמעֶן צוּ׳שטאַנד, דעֶן גאָט איִז מיִט אוּנז”. רוּפט זיִך אָפּ דעֶר דריִטעֶר מיִט זײַן פָּסוּק: „בּיִז דעֶר עֶלטעֶר בּיִן איִך אײַעֶר גאָט, אוּן בּיִז דיִ גרוׂיעֶ האָר טראָג איִך אַלץ איִבּעֶר, איִך מאַך, אוּן איִך טראָג, אוּן איִך לײַד אוּן איִך רעֶטעֶ”.

אַז מָרְדְכַי האָט דאָס דעֶרהעֶרט האָט זײַן געֶזיִכט אָנגעֶהוׂיבּעֶן שײַנעֶן פאַר פרײֵד. פרעֶגט איִהם הָמָן: װאָס אַזוׂינס האָבּעֶן דיִ קיִנדעֶר געֶזאָגט, װאָס דוּ פרעֵהסט זיִך אַזוׂי? זאָגט מרדכי: אַ גוּטעֶ בְּשׂוּרָה האָבּעֶן מיִר דיִ קיִנדעֶרליִך אָנגעֶזאָגט: איִך זאָל זיִך ניִשט שרעֶקעֶן פאַר דײַנעֶ שלעֶכטעֶ אוׂיפטהוּעֶן געֶגעֶן אוּנז. װעֶרט המן בּעֵז אוּן זאָגט: אוׂיבּ אַזוׂי װעֶל איִך צוּ׳ם עֶרשטעֶן אוּמבּרײֵנגעֶן טאַקיִ דיִ קיִנדעֶר.

¹) קאָספּאַניִעֶ.

אַז אַחשורוֹש האָט אַרוׂיסגעֶגעֶבּעֶן דעֶם בּעֶפעֶהל, מעֶן זאָל אַלעֶ יוּדעֶן אוׂיס׳הַרְגנ׳עֶן, איִז אֵלִיָהוּ הַנָבִיא אַװעֶקגעֶלאָפעֶן צוּ דיִ אָבוׂת „ אוּן אוׂיסגעֶשריִעֶן:

↤ 174

— הײֵליִגעֶ אָבוׂת! היִמעֶל אוּן עֶרד װײֵנעֶן אוּן קלאָגעֶן אוּן דיִ גאַנצעֶ װעֶלט ציִטעֶרט — אוּן איִהר ליִגט גאָר רוּהיִג!

פרעֶגעֶן זײֵ: װאָס איִז געֶשעֶהן?

עֶנטפעֶרט עֶר: אַ גְזֵרָה איִז אַרוׂיס אוׂיף יוּדעֶן, מעֶן זאָל אַלעֶ אוׂיסראָטעֶן.

זאָגעֶן דיִ אָבוׂת: װיִ בּאַלד אַז דעֶר גְזַר־דִין איִז שוׂין אָנגעֶ׳חַתְמ׳עֶט, װאָס קעֶנעֶן מיִר שוׂין העֶלפעֶן?

האָט אֵלִיָהוּ זיִך געֶװעֶנדעֶט צוּ משֶה רַבֵּינוּ אוּן געֶזאָגט: אָ דוּ היִרט ¹) געֶטרײַעֶר! פיִעל מאָל האָסטוּ זיִך אײַנגעֶשטעֶלט פאַר יוּדעֶן אוּן אָפּגעֶרוּפעֶן דיִ גְזֵרוׂת אוׂיף פעֶרדאַרבּעֶן זײֵ, װאָס װעֶסטוּ איִצט זאָגעֶן בּײַ אַזאַ צָרָה?

פרעֶגט משה: ציִ איִז פאַרהאַן אײֵן צַדִיק איִן דעֶם דוֹר?

זאָגט אֵלִיָהוּ: פאַרהאַן, מָרְדְכַי הײֵסט עֶר.

— אוׂיבּ אַזוׂי — זאָגט משה — זאָל עֶר דאָרט מִתְפַּלֵל זײַן אוּן איִך דאָ, װעֶלעֶן מיִר אָפּבּעֵטעֶן.

זאָגט אֵלִיָהוּ: װאָס קעֶן שוׂין העֶלפעֶן, אַז דיִ בּריִעף מיִט דעֶר גְזֵרָה זעֶנעֶן שוׂין אוׂיפגעֶשריִבּעֶן אוּן אָנגעֶ׳חַתְמ׳עֵט?

עֶנטפעֶרט משֶה: אוׂיבּ ס׳איִז געֶחַתמ׳עֶט מיִט לײֵם — װעֶט אוּנזעֶר תְּפִלָה אָנגעֶנוּמעֶן װעֶרעֶן. אוׂיבּ מיִט בּלוּט — איִז פעֶרפאַלעֶן.

זאָגט אֵלִיָהוּ: מיִט לײֵם!

— געֵה־זשעֶ זאָג מָרְדְכַי׳ן עֶר זאָל מִתְפַּלֵל זײַן.

¹) פּאַסטוך.

אַז הָמָן האָט אַניִדעֶרגעֶשטעֶלט דיִ תְּלִיָה, איִז עֶר אַװעֶק אוּן געֶטראָפעֶן מרדכי׳ן, װיִ עֶר זיִצט אוּן לעֶרעֶנט מיִט צװײֵ אוּן צװאַנציִג טוׂיזעֶנד קלײֵנעֶ יוּנגעֶליִך, אַלעֶ מיִט אַש אוׂיף דיִ קעֶפּ אוּן זעֶק אוׂיף דיִ לעֶנדעֶן, אַלעֶ פאַסטעֶן אוּן װײֵנעֶן.

האָט המן זײֵ געֶשמיִדט איִן קײֵטעֶן אוּן געֶזעֶצט װעֶכטעֶר נעֶבּעֶן זײֵ אוּן געֶזאָגט: מאָרגעֶן װעֶל איִך זײֵ פריִהעֶר אוׂיסקוׂילעֶן, דעֶרנאָך — מרדכי׳ן אוׂיפהעֵנגעֶן!

זעֶנעֶן געֶקוּמעֶן זײֵעֶרעֶ מוּטעֶרס אוּן געֶבּראַכט זײֵ בּרוׂיט אוּן װאַסעֶר — האָבּעֶן זײֵ ניִט געֶװאָלט עֶסעֶן, אוּן זײֵ האָבּעֶן געֶנוּמעֶן דיִ סְפָרִים אוּן אַװעֶקגעֶגעֶבּעֶן מרדכי׳ן אוּן געֶזאָגט: מיִר האָבּעֶן געֶמײֵנט, אַז מיִר װעֶלעֶן האָבּעֶן ↰ 175 לאַנגעֶ יאָהר צוּליִעבּ דעֶם זְכוּת פוּן דעֶר תּוׂרָה, איִצט, אַז מיִר האָבּעֶן ניִט זוֹכֶה געֶװעֶן — נעֶהם־צוּ בּײַ אוּנז דיִ ספרים.

האָבּעֶן דיִ מוּטעֶרס אָנגעֶהוׂיבּעֶן װײֵנעֶן פוּן אוׂיסעֶנװעִניִג אוּן דיִ קיִנדער פוּן איִנװעֵניִג, אוּן זײֵעֶר קוׂל האָט דעֶרגרײֵכט צוּם היִמעֶל.

פרעֶגט גאָט: װאָס איִז עֶס פאַר אַ געֶשרײֵ, װיִ פוּן ציִקעֶליִך מיִט לעֶמעֶליִך?

זאָגט משה: דאָס איִז ניִט קײַן ציִקעֶליִך, ניִט קײַן לעֶמעֶליִך, — דיִ הײֵליִגעֶ שאָף זעֶנעֶן עֶס, דיִ קלײֵנעֶ קיִנדעֶרליִך פוּן דײַן פאָלק יִשְרָאֵל, װאָס מאָרגעֶן דאַרף מעֶן זײֵ צוּקוׂילעֶן װיִ שאָף.

בּאַלד האָט זיִך דעֶרװעֶקט גאָט׳ס רַחְמָנוּת אוּן עֶר האָט צוּבּראָכעֶן דיִ חֲתִמוֹת אוּן צוּריִסעֶן דיִ בּריִעף.

VIII.
הָמָנ׳ס מַפָּלָה.

„איִן יעֶנעֶר נאַכט איִז געֶשטעֶרט געֶװאָרעֶן דעֶם קעֶניִגס שלאָף”. אײֵגעֶנטליִך האָט איִן דעֶר נאַכט קײֵנעֶר מיִט קײַן אוׂיג ניִט צוּגעֶמאַכט:

אֶסְתֵּר איִז געֶװעֶן פעֶרטראָגעֶן מיִט דיִ הֲכָנוׂת צוּ דעֶר סעוּדָה פאַר אַחשורוֹש מלמ המנ׳עֶן, מרדכי האָט געֶפאַסט אוּן געֶקלאָגט אוּן מִתְפַּלֵל געֶװעֶן פאַר גאָט, המן איִז געֶװעֶן בּעֶשעֶפטיִגט מיִט דעֶר תְּלִיָה, װאָס עֶר האָט געֶגרײֵט פאַר מרדכי.

זאָגט גאָט צוּ׳ם מַלְאָך פוּן שלאָף: מײַנעֶ קיִנדעֶר געֶפוּנעֶן זיִך איִן אַזאַ אוּמגליִק, אוּן דעֶר רָשָע שלאָפט זיִך רוּהיִג בּײַ זיִך איִן בּעֶט! געֵה פעֶרטרײַבּ פוּן איִהם דעֶם שלאָף.

לאָזט זיִך אַראָפּ דעֶר מלאָך, שטעֶלט זיִך אַװעֶק איִבּעֶר אַחשורוֹש אוּן רוּדעֶרט בּײַ איִהם איִן האַרצעֶן: דוּ אוּנדאַנקבּאַרעֶר, געֵה דאַנק־אָפּ דײַן רעֶטעֶר.

— „האַ, װאָס איִז — בּעֶאוּנרוּהיִגט זיִך אַחשורוֹש — װעֶמעֶן בּיִן איִך שוּלדיִג אַ דאַנק?” — „אוּן בּאַלד האָט עֶר געֶהײֵסעֶן בּרײֵנגעֶן דעֶם סֵפֶר־הַזִכְרוֹנוׂת”.

נעֶהמט דעֶם קעֶניִג׳ס שרײַבּעֶר, המן׳ס זוּהן, אוּן הײֵבּט־אָן לײֵעֶנעֶן פאַר׳ן קעֶניִג דיִ שריִפטעֶן. קוּמט עֶר צוּ דעֶר מַעֲשֶה, װיִ מרדכי האָט געֶרעֶטעֶט דעֶם קעֶניִג פוּן בִּגְתָן וָתֶרֶש. חאַפּט עֶר אוּן קעֶהרט גיִך איִבּעֶר דאָס בּלאַט אוּן װיִל לײֵעֶנעֶן װײַטעֶר. קעֶהרט זיִך אָבּעֶר דאָס בּלאַט פוּן זיִך אַלײֵן איִבּעֶר צוּריִק אוּן װיִדעֶר װאַרפט זיִך איִהם איִן אוׂיג יעֶנעֶ מעשה. בּלעֶטעֶרט ↰ 176 עֶר װײַטעֶר איִבּעֶר, װעֶרט אַחשורוֹש אוׂיפגעֶרעֶגט: בּיִז װאַנעֶן — זאָגט עֶר — װעֶסטוּ אַלץ בּלעֶטעֶרעֶן, לײֵען כְּסֵדֶר ¹). „איִך קעֶן עֶס ניִשט לײֵענעֶן”, — זאָגט המנ׳ס זוּהן. פּלוּציִם הײֵבּעֶן זיִך דיִ װעֶרטעֶר אָן צוּ לײֵענעֵן װיִ פוּן זיִך אַלײֵן.

װיִ דעֶר קעֶניִג האָט דעֶרהעֶרט מרדכי׳ס נאָמעֶן האָט עֶר זיִך בּעֶרוּהיִגט אוּן ס׳האָט איִהם אָנגעֶהוׂיבּעֶן נוֹיגעֶן צוּ׳ם שלאָף. פאַרטאָג, װעֶן עֶר איִז אײַנשלאָפעֶן, זעֶהט עֶר איִן חָלוׂם, װיִ הָמָן שטעֵהט איִבּעֶר איִהם מיִט אַ שװעֶרד איִן דעֶר האַנד אוּן װיִל איִהם טוׂיטעֶן . איִן דעֶר מיִנוּט האָט מעֶן אָנגעֶקלאַפּט איִן טוֹיעֶר, חאַפּט זיִך אוׂיף דעֶר קעֶניִג פוּן שלאָף אוּן פרעֶגט אַ דעֶרשראָקעֶנעֶר: װעֶר איִז דאָרט? זאָגט מעֶן איִהם: המן שטעֵהט איִן הוׂיף. „נײֵן, ס׳איִז ניִשט קײַן חלוׂם, טראַכט זיִך אַחשורוֹש — ס׳איִז אַן אֱמֶת” — אוּן זאָגט: לאָז עֶר אַרײַן!

װיִ המן איִז נוּר אַרײַן, גיִט דעֶר קעֶניִג אַ פרעֶג: װאָס זאָל מעֶן טהוּן דעֶם מעֶנשעֶן װאָס דעֶר מלך פעֶרלאַנג זײַן כּבוׂד? טראַכט זיִך המן: „דאָס מײֵנט מעֶן מיִך, מעֶ דאַרף זאָגעֶן װאָס מעֶהר”.

— העֶר קעֶניִג — זאָגט המן — דעֶם מאַן דאַרף מעֶן אָנטהוּן דאָס קעֶניִגליִכעֶ קלײֵד, אוׂיפזעֶצעֶן אוׂיף דעֶם קעֶניִג׳ס פעֶרד, אָנטהוּן דיִ קעֶניִגליִכעֶ קרוׂין... װיִ דעֶר קעֶניִג האָט דעֶרהעֶרט „דיִ קרוׂין”, האָט זיִך איִהם אָנגעֶהוׂיבּעֶן בּײַטעֶן דיִ פאַרבּ איִן פָּנִים. „אָט איִז דעֶר פִּתְרוֹן פוּן דעֶם חָלוׂם — טראַכט עֶר זיִך — עֶר האָט חֵשֶק צוּ מײַן קרוׂין”, אוּן קוׂים אײַנגעֶהאַלטעֶן דעֶם כַּעַס זאָגט עֶר: „גיִך נעֶהם אוּן טהוּ דאָס אַלעֶס מָרְדְכִי׳ן”.

— העֶר קעֶניִג — האָט הָמָן געֶשטאַמעֶלט פאַר עֶרשטוׂינוּנג — װאָס פאַר אַ מָרְדְכַי?

— מָרְדְכַי דעֶם יוּדעֶן.

— איִן מָרְדְכַי איִז דאָ בּײַ יוּדעֶן?

— דעֶם, װאָס זיִצט איִן קעֶניִגליִכעֶן טוׂיעֶר.

— דעֶם מָרְדְכַי? — זאָגט הָמָן — ציִ װעֶט עֶס אפשר ניִשט זײַן פאַר איִהם צוּפיִעֶל, איִך מײֵן עֶר װעֶט זיִך בּעֶגניִגעֶן מיִט עֶפּיִס װעֵניִגעֶר: אַ שטעֶדטיִל איִהם שעֶנקעֶן, ציִ אַ טײַכיל.

¹) אײֵנס נאָכ׳ן אַנדעֶרעֶן.

דאָ האָט שוׂין דעֶר קעֶניִג זיִך ניִשט געֶקעֶנט אײַנהאַלטעֶן אוּן ↰ 177 אוׂיסגעֶשריִגעֶן װיִ אַ צוּרײֵצטעֶר לײֵבּ: „קײַן האָר זאָלסטוּ ניִשט פעֶרפעֵהלעֶן פוּן דעֶם אַלעֶמעֶן װאָס דוּ האָסט פריִהעֶר געֶזאָגט!”.

אוּן דעֶר קעֶניִג רוּפט־אַרײַן הֲתָך אוּן חַרְבוֹנָה אוּן געֶפעֵהלט זײֵ: געֵהט מיִט איִהם אוּן זעֶהט אַכטוּנג געֶבּעֶן עֶר זאָל קײַן האָר ניִשט פעֶרפעֵהלעֶן...

הָמָן איִז געֶשטאַנעֶן צוּטוּמעֶלט, העֶנד אוּן פיִס האָבּעֶן איִהם געֶציִטעֶרט, דיִ אוׂיגעֶן אײַנגעֶגראָבּעֶן איִן דעֶר עֶרד, ניִשט געֶזעֶהן פאַר זיִך דיִ שײַן אוּן ניִשט געֶװאוּסט, װאָס מיִט איִהם טהוּט זיִך. איִן דרײַעֶן אײַנגעֶבּוׂיגעֶן איִז עֶר אַרײַן איִן קעֶניִגליִכעֶן שאַץ־קאַמעֶר, געֶנוּמעֶן דיִ קעֶניִגליִכעֶ קלײֵדעֶר מיִט אַלעֶ רעֶגאַליעֶן, פוּן דאָרט איִז עֶר אַ צוּמיִשטעֶר אוּן אַ דעֶרשלאָגעֶנעֶר אַרײַן איִן שטאַל, אָנגעֶנוּמעֶן דעֶם שעֶהנסטעֶן קעֶניִגליִכעֶן פעֶרד פאַר דעֶר גאָלדעֶנעֶר צוׂים, אוּן אָנגעֶלאָדעֶן מיִט דיִ קעֶניִגליִכעֶ קלײֵדעֶר אוׂיף דיִ אַקסעֶל — איִז עֶר אַװעֶק צוּ מָרְדְכַי.

װיִ מָרְדְכַי האָט דעֶרזעֶהן הָמָנ׳עֶן מיִט׳ן פעֶרד, זאָגט עֶר זײַנעֶ תַּלְמִידיִם: „אַנטלוׂיפט, קיִנדעֶר, רעֶטעֶט זיִך גיִכעֶר פוּנ׳ם אוּמגליִק, דעֶר רָשָע געֵהט צוּ אוּנז!” זאָגעֶן זײֵ: „פוּן דיִר װעֶלעֶן מיִר זיִך ניִשט אָפּשײֵדעֶן, איִנאײֵנעֶם געֶלעֶבּט, איִנאײֵנעֶם שטאַרבּעֶן”.

פעֶרװיִקעֶלט זיִך מָרְדְכַי איִן זײַן טַלִית אוּן פעֶרטיִעפט זיִך איִן תְּפִלָה צוּ גאָט.

הָמָן איִז דעֶרװײַל צוּגעֶגאַנגעֶן נאָהעֶנט, געֶשטאַנעֶן אוּן געֶװאַרט. װיִ מָרְדְכַי האָט געֶעֶנדיִגט זײַן תְּפִלָה זאָגט הָמָן צוּ איִהם: מָרְדְכַי הַצַדִיק, אַבְרָהָם׳ס אײֵניִקעֶל, װאַרף אַראָפּ פוּן זיִך דײַן זאַק אוּן אַש אוּן טהוּ־אָן דעֶם קעֶניִגס קלײֵד אוּן זעֶץ זיִך רײַטעֶן אוׂיפ׳ן קעֶניִגס פעֶרד.

עֶנטפעֶרט איִהם מרדכי פעֶרבּיִטעֶרט: הָמָן הָרָשָע, עֲמָלֵק׳ס אײֵניִקעֶל, װאַרט אַ װײַלעֶ, לאָז מיִך אוׂיסטריִנקעֶן פריִהעֶר דעֶם בּיִטעֶרעֶן כּוׂס אוּן דעֶרנאָך װעֶסטוּ מיִך אַװעֶקפיִהרעֶן צוּ דעֶר תְּלִיָה.

— נײֵן, מרדכי הצדיק — זאָגט המן — פוּן אײֵבּיִגעֶ יאָהרעֶן טרעֶפעֶן זיִך מיִט אײַך גרוׂיסעֶ נִסִים. דעֶר קעֶניִג אַלײֵן האָט מיִך געֶשיִקט צוּ דיִר, עֶר פעֶרלאַנגט דײַן כּבוׂד. שטעֵה־זשעֶ אוׂיף אוּן עֶרפיִל דעֶם קעֶניִג׳ס װיִלעֶן: טהוּ־אָן דאָס קעֶניִגליִכעֶ קלײֵד אוּן רײַט אוׂיף דעֶם קעֶניִגליִכעֶן פעֶרד.

פעֶרשטאַנעֶן אַז דאָ איִז בֶּאֱמֶת מיִט איִהם אַ גרוׂיסעֶר נֵס געֶשעֶהן, זאָגט מָרּדְכַי צוּ הָמָנ׳עֶן: קוּק מיִך אָבּעֶר אָן, איִך בּיִן דאָך אוׂיסגעֶװאַלגעֶרט איִן אַש, איִנגאַנצעֶן פעֶרשמיִרט אוּן פעֶר׳חשֶׁכ׳ט, װיִ־זשעֶ קעֶן איִך אוׂיף זיִך אָנציִהעֶן דאָס קעֶניִגליִכעֶ קלײֵד? איִך מוּז זיִך פריִהעֶר װיִ געֶהעֶריִג אַרוּמװאַשעֶן ↰ 178 אוּן אַרוּמשעֶרעֶן. שיִקט המן נאָך אַ בּעֶדעֶר אוּן ראַזיִרעֶר, איִז ניִשט געֶװעֶן צוּ בּעֶקוּמעֶן. נעֶהמט המן אַלײֵן אוּן פיִהרט מרדכי׳ן איִן בּאָד, אוּן דאָרט האָט עֶר אוּנטעֶרגעֶגוּרט דיִ לעֶנדעֵן אוּן פעֶרקאַטשעֶט דיִ אַרבּעֶל אוּן זיִך געֶשטעֶלט װאַשעֶן אוּן פּוּצעֶן מרדכי׳ן, אוׂיסגעֶשמיִרט איִהם דאָם לײַבּ מיִט דיִ בּעֶסטעֶ בּוׂימלעֶן אוּן בְּשָׂמִים. דעֶרנאָך האָט עֶר געֶשיִקט גיִך צוּ זיִך איִן הוׂיז בּרײֵנגעֶן פוּן דאָרט אַ שעֶר אוּן געֶנוּמעֶן אַרוּמשׁעֶרעֶן מרדכי׳ן. העֶרט מרדכי װיִ הָמָן זיִפצט בִּשְעַת מַעֲשֶה. פרעֶגט עֶר איִהם: װאָס בּעֶטײַט דײַן זיִפצעֶן? עֶנטפעֶרט המן: אַז אָך אוּן װעֵה, אוׂיף װאָס איִך, דעֶר עֶרשטעֶר מיִניִסטעֶר בּײַ אֲחַשְוֵרוֹש׳ן, בּיִן איִצט איִבּעֶרגעֶקוּמעֶן — אַ בּעֶדעֶר אוּן אַ שעֶרעֶר געֶװאָרעֶן. זאָגט מרדכי: יאָ, המן, דאָס רעֶדיִל דרעֶהט זיִך איִבּעֶר, געֶדײֵנקסט דעֶם טאַטעֶן דײַנעֶם, איִך האָבּ איִהם גאַנץ גוּט געֶקעֶנט, עֶר איִז געֶװעֶן אַ שעֶרעֶר איִן יעֶנעֶם דאָרף אַזעֶלכעֶ צװײֵ אוּן צװאַנציִג יאָהר; דוּכס זיִך, אַז דיִ שעֶר איִז טאַקיִ פוּן זײַן געֶצײַג.

פאַרטיִג געֶװאָרעֶן מיִט׳ן פּיִצעֶן אוּן אָנקלײֵדעֶן, זאָגט המן: איִצט, מרדכי, זעֶץ זיִך אוׂיפ׳ן פעֶרד.

— איִך בּיִן אַלט — זאָגט מרדכי — אוּן אָפּגעֶשװאַכט פוּן תַּעְנִית. איִז זיִך הָמָן מַכְנִיעַ ¹), בּײֵגט זיִך אָן פאַר איִהם ניִדריִג, אוּן מרדכי שטעֶלט זיִך אוׂיף איִהם אוּן קריִכט אַרוׂיף אוׂיפ׳ן פעֶרד.

רײַט מרדכי איִבּעֶר דיִ גאַסעֶן אוּן המן געֵהט פאָראוׂיס, פיִהרט דאָס פעֶרד פאַר׳ן צוׂים אוּן רוּפט־אוׂיס: „אָט אַזוׂי טהוּט מעֶן דעֶם מאַן װאָס דעֶר קעֶניִג פעֶרלאַנגט זײַן כָּבוֹד!”. פוּן בּײֵדעֶ זײַטעֶן זעֶנעֶן מיִטגעֶגאַנגעֶן זיִבּעֶן אוּן צװאַנציִג טוׂיזעֶנד בַּחוּרִים פוּן קעֶניִגס הוׂיף, געֶטראָגעֶן גאָלדעֶנעֶ כּוֹסוׂת איִן דעֶר רעֶכטעֶר האַנד אוּן זיִלבּעֶרנעֶ בּעֶכעֶר איִן דעֶר ליִנקעֶר האַנד, אוּן אַלעֶ מאָל אוׂיסגעֶשריִעֶן: „אָט אַזוׂי טהוּט מעֶן דעֶם מאַן װאָס דעֶר קעֶניִג פעֶרלאַנגט זײַן כָּבוׂד!”. אַלעֶ אײַנװאוׂינעֶר זעֶנעֶן אַרוׂיס אַקעֶגעֶן מיִט בּרעֶנעֶנדיִגעֶ פאַקעֶלעֶן איִן דיִ העֶנד, אוּן דיִ גאַנצעֶ שטאָדט האָט געֶרוׂישט פוּן פײַעֶרליִכעֶ אוׂיסרוּפעֶן אוּן לוׂיבּ־ליִעֶדעֶר מרדכי׳ן.

המנ׳ס טאָכטעֶר האָט אַרוׂיסגעֶקוּקט דוּרכ׳ן פעֶנסטעֶר אוּן דעֶרזעֶהן דעֶם פאָטעֶר איִן אַזאַ שעֶנדליִכעֶר לאַגעֶ, האָט זיִ זיִך אַראָפּגעֶװאָרפעֶן פוּן דעֶר הוׂיך אוׂיף דעֶר עֶרד אוּן געֶפאַלעֶן טוׂיט.

¹) לעֶגט זיִך אוּנטעֶר.

↤ 179

אוּן המן האָט זיִך דעֶם טאָג צוּריִקגעֶקעֶהרט אַהײֵם אַ פיִער־פאַכיִגעֶר בַּעַל־מְלָאכָה: אַ בּעֶדעֶר, אַ שעֶרעֶר, אַ קוּטשעֶר אוּן אַ העֶראָלד.

הָמָן׳ס תְּלִיָה.

איִן דעֶם טאָג װאָס המן האָט בּעֶדאַרפט, לוׂיט אֲחַשְוֵרוֹש׳עֶס בּעֶפעֶהל, געֶהאַנגעֶן װעֶרעֶן, איִז עֶר אַרײַן צוּ זיִך איִן גאָרטעֶן אוּן אַ היִבּשעֶ צײַט אַרוּמגעֶדרעֵהט זיִך װיִ אַ צוּמיִשטעֶר צװיִשעֶן דיִ שוּרוׂת הוׂיכעֶ אַלט־געֶװאַקסעֶנעֶ בּײֵמעֶר. פּלוּצוּם שטעֶלט עֶר זיִך אָפּ איִן מיִטעֶן גאָרטעֶן אוּן פעֶרקוּקט זיִך לאַנג אוׂיף דיִ בּעֶקאַנטעֶ בּײֵמעֶר, װיִ אײֵנעֶר זאָגט: אַלטעֶ גוּטעֶ פרײַנד מײַנעֶ, אוׂיף װעֶמעֶן פוּן אײַך װעֶט המן, דעֶר עֶלטסטעֶר אוּן גרעֶסטעֶר פוּן אַלעֶ שָׂרִים איִן פָּרַס אוּן מָדַי, מאָרגעֶן העֶנגעֶן? אוׂיף דעֶם גיִט אַ װיִנטעֶל אַ בּלאָז אוּן אַ לײַכטעֶר געֶרוׂיש לוׂיפט־דוּרך צװיִשעֶן דיִ בּײֵמעֶר, װיִ זײֵ װאָלטעֶן צװיִשעֶן זיִך אַ געֶשפּרעֶך געֶפיִהרט:

— ניִט אוׂיף מיִר, ניִט אוׂיף מיִר! — האָט זיִך אַ טרעֶסעֶל געֶטהוּן דעֶר װײַנשטאָק אוּן מיִט זײַנעֶ בּלעֶטעֶר דיִ שטײֵנגלעֶן טרוׂיבּעֶן פעֶרשטעֶלט — פוּן מיִר נעֶהמט מעֶן װײַן פאַר דעֶם הײֵליִגעֶן מִזְבֵּחַ, קעֶן איִך דעֶם רָשָע אוׂיף זיִך ניִט פעֶרטראָגעֶן.

— ניִט אוׂיף מיִר, ניִט אוׂיף מיִר! — גיִט אַ ציִטעֶר דעֶר אײֵלבּיִרט — פוּן מיִר נעֶהמט מעֶן בּוׂימעֶל צוּ דעֶר מְנוֹרָה.

— איִך װיִל אוׂיך ניִט! — מוּרמעֶלט דעֶר פײַגעֶנבּוׂים — מיִט מײַנעֶ בּלעֶטעֶר האָט זיִך אָדָם וְחַוָה געֶקלײֵדעֶט אוּן מײַנעֶ זאַפטיִגעֶ פרוּכט געֶהעֶן אוׂיף בִּכּוּרִים ¹).

— אוׂיף מיִר אַוַדְאִי ניִט — װאַרפט זיִך אָפּ דעֶר פּאַלמעֶנבּוׂים מיִט זײַנעֶ בּרײֵטעֶ לוּלָבִים — אָט דעֶר רשע, אַ שטעֶכיִגעֶ צװײַג פוּן אַ קרוּמעֶן דאָרנשטאַם, זאָל העֶנגעֶן אוׂיף מײַן גלײַכעֶן שלאַנקעֶן שטאַם, צוּ װעֶלכעֶן דיִ יוּדיִשעֶ קיִנדעֶר זעֶנעֶן געֶגליִכעֶן! נײֵן, איִך װיִל ניִט!

— אוּן איִך װיִל אוׂיך ניִט! — שאָקעֶלט זיִך אָפּ דעֶר אֶתְרוֹג — מיִט מײַנעֶ שעֶהנעֶ צאַרטעֶ פרוּכט פרעֵהט מעֶן זיִך יוׂם־טוׂב פאַר גאָט.

— אוּן איִך אוׂיך ניִט! — זאָגט דעֶר הָדָס — דעֶר זאַנפטעֶר רֵיחַ פוּן מײַנעֶ צװײַגעֶן זעֶנעֶן געֶשאַפעֶן צוּ׳ם עֶרקװיִקעֶן אוּן עֶרפריִשעֶן.

¹) דיִ עֶרשט־צײַטיִגעֶ פרוכט, װאס יודען פלעגען פיהרען קײן ירושלים.

↤ 180

— אוּנטעֶר טיִר — זאָגט דעֶר אײֵכעֶנבּוׂים — ליִגט דְבוֹרָה, רִבְקָה׳ס אַם, בּעֶגראָבּעֶן.

— צוּ מײַנעֶ פרוּכט זעֶנעֶן דיִ צַדִיקִים געֶגליִכעֶן — זאָגט דעֶר מיִלגרוֹים.

— אוׂיבּ אַזוׂי — זאָגט דעֶר צעֶדעֶרבּוׂים — זאָל מעֶן איִהם אוׂיף מיִר אוׂיפהעֵנגעֶן. איִך פּאַס פאַר איִהם װיִ אָנגעֶמאָסטעֶן, װײַל עֶר האָט מיִך צוּגעֶגרײֵט פוּן מרדכי׳ס װעֶגעֶן, אוּן אַז עֶר האָט דיִ תְּלִיָה פאַרטיִג געֶמאַכט האָט עֶר זיִך צוּגעֶמאָסטעֶן.