די זהירות פון ר' מרדכי באנעט

צוריק צו קורצע געשיכטעס פון ריזיקע מענטשן


די זהירות פון ר מרדכי באנעט
החת"ם סופר

דער גאון ר' מרדכי באנעט איז א מאל איינגעשטאנען צוזאמען מיטן גאון חתם סופר אין דער שטאט קארלסבאד אין איין האטעל. דער בעל אכסניה, נישט קיין ייד אפילו, האט דאך געהאט א גרויסער רעספעקט פאר די צוויי גרויסע גאונים, און ער האט ביי זיי נישט געוואלט נעמען קיין געלט פאר די סטאנציע.
ר' משה און ר' מרדכי האבן אבער נישט געוואלט וואוינען אומסיזט, פלעגן זיי אים געבן מתנות. ר' מרדכי פלעגט געבן אלע טאג, און ר' משה אלע וואך.

איינמאל ר' משה האט געפרעגט ר' מרדכיען:
וואס איז דער טעם וואס איר שיקט דעם בעל אכסניה א מתנה אלע טאג? איך שיק בעסער איין מאל א וואך, קען איך דעריבער שיקן א גרעסערע מתנה. אבער איר, אז איר שיקט אלע טאג, קענט איר דאך שיקן בלויז קלייניקייטן, איז עס דאך ביי בעל אכסניה נישט אנגעלייגט[1].
איך קלער אבער – האט אים ר' מרדכי געענטפערט – דאס וויבאלד דער בעל אכסניה איז זייער אן אלטערמאן, טאמער שטארבט ער אין משך פון דער וואך, וועט דאך ארויסקומען, אז איך האב געוואוינט אומזיסט.

פון דעמאלסט אן פלעגט שוין אויך ר' משה סופר שיקן דעם בעל אכסניה א מתנה אלע טאג.

דער אידעשער שטראל

הערות שוליים

רעדאַקטירן
  1. אנגעלייגט = רצוי, נעים, חשוב.