פון אברהם רייזן


דו פרעגסט מיך

אברהם רייזן 1876 - 1953

ווי אַלט איך בין שוין?
איך וואָלט עס דיר גערן דערציילט.
נאָר גלויב מיר, מיין פריינט,
איך ווייס ניט אַליין,
עס האָט ניט געלוינט זיך צו ציילן.

דער קאַרגער ציילט געלט,
דער גליקלעכער – טעג,
מע ציילט וואָס איז ליב וואָס איז טייער.
מיין לעבן, אָ פריינט,
איז אַ וויסט לאַנגער וועג,
און פונקט פאַראַיאָרן ווי היי יאָר.

אויב לעבן הייסט ליידן,
דאַן לעב איך שוין לאַנג,
דאַן האָב איך גענוג זיי, די יאָרן.
אויב לעבן הייסט הערן,
פון גליק כאָטש אַ קלאַנג,
דאַן בין איך נאָך ניט געבוירן.