דאָס לעצטע וואָרט
דאָס לעצטע וואָרט פון חיים נחמן ביאליק (9 אין יאנואר 1873 – 4 אין יולי 1934)
(נביאיש)
איך בין צו אייך פון גאָט געשיקט:
ער האָט געזען, איר ווערט דערשטיקט;
ער האָט געזען: איר פוילט און פאַלט,
איר ווערט פון טאָג צו טאָג מער אַלט;
און אָפּגעלאָזט האָט זיך די האַנט
און אויסגעלאָזט האָט זיך די מאַכט –
און גאָט האָט זיך אין אייך דערמאַנט,
און ער האָט מיך צו אייך געבראַכט.
און גאָט האָט מיר געזאָגט אַזוי:
"צו שווער דער יאָך – איך קען ניט מער!...
גיי רייס פון זייער האַרץ אַן 'אוי!'
שיס אויס פון זייער אויג אַ טרער!
און שווער זאָל זיין די טרער און ביטער
און הויך זאָל זיין דער לעצטער קרעכץ,
אַזוי – די ערד זאָל טאָן אַ ציטער
און אָפּטרייסלען פון זיך דאָס שלעכטס".
איך האָב געפאָלגט און בין געגאַנגען,
מיין וועג איז פול געווען מיט שטיינער;
נאָר איין געפיל און איין פאַרלאַנגען
האָט טיף געגליט אין מיינע ביינער;
איך האָב געפילט, איר זענט ביי שלאַנגען...
און מיט אייך, ביי אייך – קיינער, קיינער...
מיך האָט געטריבן אייער ווייטיק,
איך האָב געמיינט מיין הילף איז נייטיק.
איך בין געשטראָפט פון גאָט מיט האַרץ:
איך האָב אַ האַרץ, וואָס קרענקט פאַר יענעם,
וואָס קאַרטשעט זיך פון פרעמדן שמאַרץ
און ווערט פאַרברענט פון יעדנס גיהנום...
האָב איך געמיינט, איר פילט און ווייסט
און וואַרגט זיך שטיל מיט אייער טרער
און זוכט אַ הילף און בעט אַ טרייסט, –
און טייער זענען די מינוטן...
איך גיי, איך קום – כ'וועל היילן וואונדן,
מיט אייך אין איינעם וועל איך בלוטן,
און וואו מען דאַרף, וועל איך פאַרבינדן,
און וואו מען מוז, וועל איך אָפּלעקן
דאָס בלוט, וואָס טריפט פון אייער וואונד.
כ'וועל טרייסטן, בעטן, וויינען, וועקן –
און וועל ניט לאָזן גיין צו גרונד!
איך גיי, איך קום – איך טראָג אַ טרייסט,
איך טראָג אַ בשורה פון נחמה;
איך בין געבענטשט פון גאָט מיט גייסט –
אייך וועל איך שענקען מיין נשמה...
איך בין פון גאָט מיט מוט באשמידט,
וואָס רייסט אויס בערג און ווערט ניט מיד,
וואָס לאָזט מיין רוקן זיך ניט בויגן
און קוקט דעם בייז גלייך אין די אויגן;
און גאָט האָט מיר געשענקט אַ צונג,
אַ שאַרפן, ווי אַ שאַרפן קלונג, –
אויב איר זענט שטיין – איז זי אַן אייזן,
אויב איר זענט אייזן – איז זי שטאָל...
איך קום, איך וועל זיך נאָר באַווייזן –
און איר וועט אויפשטיין מיט א מאָל!"...
איצט שטיי איך הינטער אייער טיר –
און אָפּגענומען איז מיין לשון;
עס הענגט אַ שווערע נאַכט אויף מיר –
מיין פונק, מיין ליכט איז אויסגעלאָשן.
מיך האָט באַגעגנט שפּאָט און שאַנד,
איר האָט פאַר מיר די טיר פאַרמאַכט –
און אָפּגעשטויסן איז גאָטס האַנט
און גאָטעס וואָרט איז אויסגעלאַכט...
איך האָב שוין מער קיין שפּראַך פאַר אייך –
פאַר אייך איז פרעמד און טויט גאָטס שפּראַך.
איך האָב געזאָגט איין וואָרט – האָט דאָס
דער ווינט פאַרטראָגן מיט איין בלאָז;
נאָך איינס האָב איך געזאָגט – איז דאָס
געפאַלן, ווי אַ פונק אויף גראָז –
נאָר טרוקן איז געווען דאָס גראָז –
און אויסגעברענט האָט דאָס מיט רעש
און ס'איז דערפון געוואָרן אַש.
האָב איך ארויסגעלאָזט אַ קול –
האָט דאָס געטראָפן ווי אַ קויל
און ווי אַ דונער דורכגעלאָפן
אין מיטן שיינעם, העלן טאָג
און גלייך אין הארצן אייך געטראָפן –
און אויסגעבראָכן האָט די קלאָג!
און אויסגעשאָסן האָט די טרער! –
נאָר, וויי מיר! פאַלש איז אייער ג'וויין!
ניט קיינער, קיינער גלייבט אים מער,
ניט גאָט, ניט איך, ניט איר אַליין...
בין איך צו אייך אין שמוץ געקראָכן
און אַלע קליידער איינגעריכט,
כ'האָב מיט די הענט פאַר אייך געבראָכן
און הילף ביי אייך פאַר אייך געזוכט...
נאָר קיינער קומט צו הילף ניט, קיינער,
און איך בין איינער, איינער, איינער...
מיין תפילה האָט געהערט די וואַנט,
איר האָט פאַר מיר די טיר פאַרמאַכט;
און אָפּגעשטויסן איז גאָטס האַנט!
און גאָטעס וואָרט איז אויסגעלאַכט!...
נאָר ווייסט, איר אומגליקלעכע, ווייסט –
איך האָב ניט מער פאַר אייך קיין טרייסט...
איך האָב אַ וואָרט, אַ שרעקלעך וואָרט,
וואָס וועט אייך הייבן פון דעם אָרט;
וואָס וועט דאָס ליכט אייך מאַכן שוואַרץ
און וועט פארסמען אייך דאָס האַרץ,
אין מויל פאַרגיפטן אייך דעם ביסן
און ביטער מאַכן אייך דאָס ברויט,
דאָס לעבן וועט דאָס אייך פאַרמיאוסן
און וועט ניט געבן אייך דעם מויט...
ניטאָ פאַר אייך קיין וואָרט נחמה!
איך האָב פאַרברענט שוין מיין נשמה
און האָב מיין בונד מיט אייך צעריסן...
צעבראָכן ליגט אין דר'ערד מיין מוט –
איך וועל אויף אייך מיין גאַל אויסגיסן
און וועל באַשפּייען אייך מיט בלוט...
און גאָט האָט מיר געזאָגט אַזוי:
"דאָס לעצטע מאָל שריי אויס אַן 'אוי!'
און גיב אַ קרעכץ צום לעצטן מאָל,
אַז ציטערן זאָל באַרג און טאָל;
הערט, טויבע, הערט!
עס גייט אַ טאָג,
איך לאָז אַרויס אַ זון פון רעכט
און וועל די וועלט מיט ליכט באַגיסן –
נאָר איר אַליין וועט בלייבן קנעכט
און וועט קיין טראָפּן ליכט געניסן...
און בלינדערהייט, מיט זין און טעכטער,
וועט איר אַרומלויפן פאַרסמט
אַהין, אַהער, פאַר טויזנט מייל,
און בעטן,חלשן אַ שטראַל...
נאָר אייך באַגעגנט אַ געלעכטער,
וואוהין איר קומט, האָט איר פאַרזאַמט"...
איך שליס אויף אוצרות לעבן, מאַכט,
און ימים פרייד וועל איך צעגעבן –
נאָר איר אַליין וועט זיין פאַרשמאַכט
און אייער קוואַל וועל איך באַטריבן;
און טרוקענע מיט זין און טעכטער,
וועט איר אין פרעמדע טירן קלאַפּן,
מיטן פּנים צו דער ערד צופאַלן
און איבער פרעמדע קוואַלן קניען
און דאָרשטיק אייער האלדז אויסציען
און בעטן, חלשן – אַ טראָפּן...
נאָר אייך באגעגנט אַ געלעכטער,
פאַר אייך פאַרשלאָסן אַלע קוואַלן.
איך שיק אַראָפּ אַ מילדן גייסט,
וואָס פרישט ווי טוי פון גאָט און ווייזט
אַ נייעם וועג צו נייע הימלען –
נאָר איר וועט טרוקן זיין, ווי שטרוי,
און ניט אויף אייך וועט פאלן טוי.
איר? – איר וועט אייביק פוילן, שימלען.
און אויב ס'איז נאָך פון פרי'ר געבליבן
אַ פונק פון גייסט, געפיל און גלויבן,
אַן ערנסטער זיפץ, אַ הייסע טרער – –
וועל איך דאָס איינציקווייז אָפּרויבן.
און אייער האַרץ וועט בלייבן לער
אָן טעם, אָן ריח, אָן לייב און לעבן...
און וויסט וועט ווערן אייער צעלט,
און אומשלעפּן וועט איר זיך מידע,
ווילד פרעמדע אויף אַ פרעמדער וועלט
און בעטלער אויף אַ רייכער סעודה,
און שטייענדיק ביי פרעמדע שוועלן,
וועט איר די וואונדן זיך אויפדעקן
און וועט פאַר פרעמדע זיי אויסשטעלן,
אַ ציטערדיקע האַנט אויסשטרעקן
און בעטן הילף אויף בעטלער – לשון –
נאָר אויסבעטלען וועט איר פאַר געלט,
און לעבן וועט איר פאַר אַ גראָשן...
און שווער וועט אייך דאָס לעבן ווערן –
אַ לאַנגע נאַכט און ניט איין שטערן...
און אייער קרעכץ פאַרטראָגט דער ווינט
און אייער קול וויל גאָט ניט הערן...
און שרעקלעך גרויס וועט זיין די נויט,
ווי גרויס און שרעקלעך איז די זינד;
און איר וועט חלשן דעם טויט
און בענקען וועט איר נאָכן לעבן...
נאָר גאָט וועט אייך ניט ביידע געבן...
און שרעקלעך וויי וועט זיין דער שמאַרץ...
אפילו אייער אייגן האַרץ
וועט אייער אייגן מויל ניט גלייבן...
איר וועט זיך פּראווון הייבן, הייבן –
אָן אָטעם טאָן – און וועט ניט קענען.
דאָס איז אַ קבר, נאָר באַגראָבן
זענט איר דאָרט לעבעדיקערהייט...
דאָס איז אַ פייערדיקער גיהנום,
וואָס וועט קיין ענדע קיין מאָל האָבן –
נאָר ס'איז אַ גיהנום אָן אַ טויט...
און גאָט זאָגט מיר:
איצט גיי אַראָפּ
צום טעפּערס הויז און קויף אַ טאָפּ,
און טו אַ וואָרף און זאָג דערביי
שטאַרק הויך, אַז יעדערער זאָל הערן:
'אַזוי וועט איר צעבראָכן ווערן!'
און רעד ניט מער, ניט וויין, ניט שריי,
בייג אָן דעם קאָפּ און ווער פאַרשטומט – –
עס גייט דער טאָג, ער קומט, ער קומט"....