געשיכטע פון יידן אין רוזישץ

צוריק צו געשיכטע פון ראזשישטש (רוז'ישץ') שטעטל


געשיכע פון די יידן אין ראזשישטש

די שטאט פארוואלטונג

פאר דער ערשטער וועלט מלחמה, אין די צארישע צייטן, איז ר' משה געלער, מיין זיידע, געווען דער סטאראסטע פון שטאט. אין זיינע פולמאכטן איז געווען ארויסצוגעבן אפיציעלע דאקומענטן פון א פארשידנארטיקן כאראקטער, ווי אויך פאספארטן. ער איז געווען דער הויפט פון שטאט. די שטאטישע באפעלקערונג האט אים אויסגעקליבן מיט אן אייגנארטיקער שיטה מיט דער הילף פון ,'גאלקעס" קוילן. דאס רעכט צו וויילן האבן געהאט בלויז מענער.

דעם דאזיקן אמט האט געירשנט זיין זון, ר' איציק געלער, וואס איז געווען באוווסט אין שטאט און אומגעגנט מיט זיין צונאמען "סטאראסטע". דעם אמט האט ער געהאלטן ביזן אריינקומען פון די פאלאקן, דאס הייסט ביז סוף פון דער ערשטער וועלט מלחמה. ביז ס'האט זיך ארגאניזירט די שטאטישע אדמיניסטראציע און די שטאטישע אנפירונג, האט ער קאנצענטרירט אין זיינע הענט אפיציעלע פולמאכטן און אסאך מענטשן זענען געווען אפהענגיק פון זיין הילף און זיין האנדלונג.

ווען ס'האט זיך ארגאניזירט דער מאגיסטראט זענען געווען אין דער שטאטפארוואלטונג 12 חברים: 10 יידן און 2 פאלאקן, ד"ר זשיטינסקי און דער פריץ אלכסנדר זאפאלסקי. אויך די צוויי פאלאקן זענען אויסגעקליבן געווארן הויפטזעכלעך מיט יידישע שטימען. זאפאלסקי איז אויסגעקליבן געווארן אלס בירגערמייסטער פון דער שטאט-פארוואלטונג אויך מיט דער הילף פון יידישע שטימען; אלס זיין פארטרעטער איז אויסגעקליבן געווארן דער פארשטייער פון די ציוניסטן שמואל דיאמאנדשטיין.

יקותיאל קאפעלמאן איז אויסגעקליבן געווארן אלס לאווניק (מיטגליד פון דער שטאטפארוואלטונג) אלס פארשטייער פון די לינקע גרופן. א צייט שפעטער איז יעקב בראנשטיין אויסגעקליבן געווארן אלס וויצעבירגערמייסטער אנשטאט דיאמאנדשטיין. אין א שפעטערדיקע תקופה האבן די פאלאקן זיך באנוצט מיט כל מיני קאמבינאציעס כדי צו פארגרעסערן די צאל קריסטלעכע וויילער. זיי האבן אדמיניסטראטיוו אנגעשלאסן אין דער שטאט דאס דארף זשאליבאוו און אנדערע קריסטלעכע קווארטאלן, וואס זענען פריער געווען מחוץ דעם שטאטישן תחום.

משה געלער


אבנר רחמיאלי

מיר האבן נישט געפונען צווישן אונדזערע חברים-וותיקין אין לאנד, איינעם וועלכער ווייס צו דערציילן וועגן דער אנטשטייאונג פון דער שטאט. אין דער "יעוורעיסקאַיאַ ענציקלאפעדיאַ" האבן מיר געפונען: אז אין יאר 1847 האבן זיך געפונען אין דער יידישער קהילה אין ראזשישטש 702 נפשות און אין יאר 1897 האבן שוין דארט געלעבט 3169 יידן.

די געשיכטע פון די יידן אין ראזשישטש איז פארבונדן ארגאניש מיט דער געשיכטע פון יידן אין וואלין בכלל. דאס איז דער געביט וואס איז אנגעשלאסן געווארן אין רוסלאנד אין דער צייט פון דער פאנאנדערטיילונג פון פוילן צווישן רוסלאנד, עסטרייך, און פרייסן אין יאר 1793.

הונדערט און צוויי און צוואנציק יאר האט די שטאט געהערט צו רוסלאנד און די יידישע קהילה איז געווען פארבונדן מיט די גרויסע יידישע קולטורצענטערס אין אדעס, קיעוו, מאסקווע, און פעטערבורג. די ראזשישטשער יידן זענען געווען א טייל פון די צוויי מיליאן יידן, די מערהייט פון יידישן פאלק אין יענער צייט, וועלכע האבן געלעבט אין צארישן רוסלאנד.

די יידן אין וואלין זענען געווען זייער טעטיק אויף פארשיידענע געביטן, און באזונדערס אויפן קולטורעלן געביט אלס אינטעגראלער טייל פון ברויזענדן רוסישן יידנטום ביזן אויסברוך פין דער ערשטער וועלט מלחמה. צום סוף פון דער מלחמה איז וואלין פארנאנדערגעטיילט געווארן : דער מזרח-טייל איז פארבליבן אין ראטנפארבאנד, דער מערב-טייל איז אנגעשלאסן געווארן אין דער ניי-געגרינדעטער פוילישער מלוכה.

אין דער צייט פון סאוויעטיש-פוילישן קריג אין יאר 1920 איז די שטאט אייניקע מאל אריבער פון האנט צו האנט. צום סוף איז זי געבליבן אויף דער פוילישער זייט. די פארבינדינגען מיט די יידישע קולטור צענטערס אין רוסלאנד זענען איבערגעריסן געווארן. ס'האבן זיך אויפגעעפנט נייע פארבינדונגען מיט ווארשע און מיטן מערב, אבער דאס האט אנגעהאלטן בלויז צוואנציק יאר.

אין יאר 1939 איז ראזשישטש, צוגלייך מיט גאנץ וואלין, אנגעשלאסן געווארן אין ראטנפארבאנד לויטן הסכם מאלאטאוו-ריבנטראפ. מיטן אנפאל פון היטלר-דייטשלאנד אויפן ראטנפארבאנד אין יוני 1941 איז ראזשישטש אקופירט געווארן דורך די נאציס און די יידישע קהילה איז פארניכטעט געווארן אין טאג פון י' אלול תש"ב - 1942 (דער טאג פון דער ליקווידאציע פון געטא). איצט געהערט די שטאט צום ראטנפארבאנד, אבער ס'זענען דארט נישטא מער קיין יידן.

די יידן אין וואלין האבן אנטוויקלט אן אייגנארטיק לעבן! זיי האבן אפילו באזיצט א ספעציעל לאקאלן וואלינער דיאלעקט אין ביידע שפראכן : אין יידיש און העברעיש.

די וואלינער יידן האבן געטראגן א טראדיציאנעלן לבוש, אינגאנצן אן אנדערער ווי סיאיז געווען אנגענומען אין פוילן. די חסידות אין וואלין איז נישט געווען קיין פאנאטישע. די לערן-מעטאדעס אין די ישיבית איז געווען די באוואוסטע שיטת המוסר "בית יוסף". די וואליניאקעס האבן זין אויסגעצייכנט מיט זייער פשטות, ערלעכקייט אין פלייסיקייט. די וואלינער יידן זענען געווען טעטיק אין אלע צווייגן פון יידישן געזעלשאפטלעכן לעבן אין זיך באטייליקט אין אלע פאליטישע באוועגונגען און שטרעמונגען, וואס האבן געפירט צו די גרויסע געזעלשאפטלעכע אויפטרייסלונגען אין 19-טן און 20-טן יארהונדערט.

אין די שאפונגען פון חיים נחמן ביאליק א געבוירענער אין וואלין, אין א דארף נעבן זשיטאמיר שפיגלט זיך אפ די נאטור, די לאנדשאפט, דער לעבנסשטייגער אין די ליידן פין די יידן אין דעם ווינקל פון גלות. אויך שפיגלען זיף אפ אין זיינע ווערק די שטרעבונגען צו נאציאנאלער באפרייאונג פון די וואלינער יידן.

אליעזר שמאלי, א געבוירענער אין ראזשישטש, דער זון פון ר' אברהם סיקילער, האט אין זיינע ביכער געשילדערט די שעפערישע נאטור-מענטשן. דאס זענען שילדערונגען, וואס זענען ווארשיינלעך באאיינפלוסט געווארן פון דער נאטור-פאנאראמע, אין וועלכער ער האט געלעבט אין זיינע ערשטע קינדער-יארן.

די וואלינער יידן האבן זיר אויסגעצייכנט מיט זייער אלזייטיקייט און פילפארביקייט. טריסקער און אליקער חסידים פון איין זייט און פארברענטע אנהענגער פון דער רעוואלוציע פון דער צווייטער זייט! די "תרבות" שולע און ענטוזיאסטישע עברית- רעדער פון איין זייט, און פאנאטישע יידישיסטן פון דער אנדערער זייט. און איבער זיי אלע די ציוניסטישע און די חלוצישע באוועגונג, וועלכע האט זיך געשטעלט אלס ציל די עליה קיין ארץ ישראל.

א דאנק דעם האט ראזשישטש געהאט א טייל אין אלע עליות, אנהייבנדיק פון דער צווייטער עליה ביז דער העפלה און די לעצטע עליות נאך דער שואה. אין גאנץ ישראל, אין דארף, אין קיבוץ און אין די שטעט לעבן אפשטאמיקע פון ראזשישטש. זיי האבן פארפילט די שורות פון דער "הגנה", אצ"ל, און לח"י, געקעמפט אין אלע מלחמות און מקריב געווען זייער לעבן פאר אונדזער פרייהייט, אומאפהענגיקייט און זיכערהייט.

הספר "רוז'ישץ' עיירתי".