עפענען הויפטמעניו

װיקיביבליאָטעק β

גערטעניש

שמואל האלקין 1897 – 1960 תרנ"ז – תש"כ. שמואל האלקין, געבוירן: רוסלאנד. גשטארבן: רוסלאנד.


גערטעניש (1924)


ליד מיינע – גליקלעכער שוידער –

פאַר נאָענט, פאַר ווייט און פאַר פרעמד.

גאָלדענע זאַנגען זיך הוידען –

מידקייט פון אייגענע הענט.


גוט איז פון האַרצן באַגריסן

אַ פּויער פון אייגענעם לאַנד

מיט גאָלדענעם ברויט און מיט גרינסן

פון פולער, פון אָפענער האַנט.


זאָלן געשאָרענע וואָלן

קלאָר זיין און ווייך און געדיכט.

זאָלן זיך זאַפטיקע טאָלן

בענטשן מיט אָקסן און פיך.


זאָלן אין פרילינג די שלאַקסן

אָנטרינקען גרונטן ביז זאַט.

זאָלן זיך ביימער צעוואַקסן

מיט פרוכטבאַרער צווייג און מיט בלאַט.


זאָלן שוין קינדער זיין ניכטער

פון גיפטיקן ביטער־געטראַנק, –

זאָלן שוין שרעק און פאַרניכטונג

אויסגעמעקט זיין פון געדאַנק.



מקורותרעדאַקטירן