צוריק צו מאטקע חבד (כאבאד)


מאָטקע איז אַמאָל געקומען שבת אין שול, האָט ער געבעטן די אורחים, אויב ס׳איז מעגלעך, זאָלן זיי קומען צו אים אויף שבת. נאָכן דאַוונען זײַנען די אורחים אַוועק צו מאָטקען אויף שבת. זיי גייען צו צו דער טיר, עס איז פאַרשלאָסן. ווילן זיי שוין גיין צוריק - דערזעען זיי, אַז מאָטקע שטייט בײַם פענצטער. בעטן זיי, אַז ער זאָל עפענען די טיר. ענטפֿערט מאָטקע: "איך האָב אײַך דאָך געזאָגט: אויב ס׳איז מעגלעך - קומט אַרײַן".