פון מאריס ראזענפעלד 1862 – 1923


מיט דעם וואנדערשטאָק אין האַנט,
אָן אַ היים אוּן אָן אַ לאַנד,
אָן א גואל, אָן אַ פרייַנד,
אָן אַ מאָרגען, אָן אַ הייַנט,
ניט געדולדעט נאָר געיאָגט,
וווּ גענעכטיקט ניט געטאָגט.

אימער וויי, וויי, וויי,
אימער גיי, גי, גיי,
אימער שפאַן, שפאַן, שפאַן
כל זמן כוח איז פאַראַן…


אונדזער גבֿורה ליגט אין שטױב,
אונדזער תּורה איז א רױב,
אונדזער נאָמען – אַ געפֿאַר,
אונדזער ײחוס נאָר אַ צער,
אונדזער גאונות נאָר אַ חטא,

אונדזער פֿײַנקײט אַ געשפּעט...
אימער שלעכט, שלעכט, שלעכט,
אימער קנעכט, קנעכט, קנעכט,
אימער זוך, זוך, זוך,
זעגן אין דעם שונאס פֿלוך...

און אַזױ - אָ יאָר נאָך יאָר,
און אַזױ - אָ דור נאָך דור,
אָן אַ האָפֿענונג, אָן אַ צװעק,
אײַנגעהילט אין גרױל און שרעק,

װאַנדלען מיר װילד - אױס װילד - אײַן
פֿון יסןרים נאָר צו פּײַן...

אימער טרעט, טרעט, טרעט,
אימער בעט, בעט, בעט,
אימער נױט, נױט, נױט
און קײן גליק זאָגאַר צום טױט

גיב א קוק נאך אין זמרשת