ברוך אַתה, זינגט דער טאַטע

פון אברהם רייזן


ברוך אַתה, זינגט דער טאַטע

אברהם רייזן 1876 - 1953

- ברוך אַתה, זינגט דער טאַטע,
- און ער צינדט די ליכט.
- און די שטראַלן, מילדע פאַלן,
- אויף זיין בלאַס געזיכט.

- און אַ פייער, הייליק טייער,
- פון די אויגן לייכט.
- און דער מידער, מיט די גלידער,
- האָט זיך אויסגעגלייכט.

- און עס דאַכט זיך, און עס טראַכט זיך,
- ס'איז נאָך עפעס דאָ!
- ס'איז געבליבן, וואָס צו ליבן,
- הייליק איז די שעה!

- אַלטע קלאַנגען, לאַנג פאַרגאַנגען,
- ניין, עס קלינגט נאָך אַצינד!
- זינג מיר, טאַטע, ברוך אַתה,
- און איך בלייב דיין קינד!