בנות מלכים גליון נד תש"ע המשך
בנות מלכים נד - - בנות מלכים נד המשך - - צוריק צו בנות מלכים בלעטל
שוין עטליכע יאר וואס איך לערן, און איך ווייס, אז א סקורט וואס באהאלט נישט אינגאנצן דעם פארעם פון די פיס, א שמאלע סקורט, איז אסור צו טראגן. איך האב געוויסט אז נאר א סקורט וואס איז געניג ברייט אינגאנצן צו פארמאסקירן דעם געשטעל איז מותר.
דער פראבלעם איז אבער געווען, אז דאס האט גע'פסל'ט רוב סקורטס פון מיין שאפע. אין אמת'ן האב איך שוין משלים געווען מיט דער געדאנק, און כ'האב שוין געוואלט טוישן צו מער בכבוד'יגע און אויסגעהאלטענע סקורטס, אבער איך האב געפילט אז מיין פינאנציעלן מצב ערלויבט מיר פשוט נישט. איך האב ווייטער געניצט מיינע סקורטס, אבער פון טיפן הארצן האב איך מתפלל געווען "רבונו של עולם! וויפיל פרויען זענען דא אין דיין וועלט וואס ווילן באמת זיין צניעות'דיג? דא האסטו איינער וואס וויל באמת - געב מיר די זכות!"
ערב פסח, האב איך דורכגעקוקט די סקורטס אין מיין שאפע. מיט א שווער הארץ האב איך באטראכט מיינע גראדע סקורטס, וועלכע זענען בכלל נישט געווען אזוי 'גראד' לויט הלכות צניעות. און דאן, אין א מינוט פון שטארקייט, האב איך ארויסגעשלעפט עטליכע פון זיי, טאקע נישט אלע, אבער עטליכע, און זיי אריינגעלייגט אין א מיסט-זעקל. ניין, כ'האב זיי נאך נישט ארויסגעווארפן.. אבער כ'האב זיי קודם אוועקגעשטעלט.
עטליכע טעג איז די זעקל געלעגן אין א ווינקל. "גארטל זיך אן מיט קוראזש," האב איך זיך געזאגט, "צוליב עטליכע קליידער קווענקלסטו אזוי?" איך האב נאכאמאל מתפלל געווען, "רבוש"ע, געב מיר די שטארקייט פטור צו ווערן דערפון, איך וויל אזוי שטארק!"
איין טאג, בשעת'ן אויפרוימען מיין שטוב, האב איך זיך נאכאמאל אנגעשטויסן אין די קליידער. דאס מאל האב איך געטון צו דער זאך, קורץ און שארף. איך האב עס גענומען, און עס פשוט ארויסגעווארפן. א געפיל פון פארלייכטערונג האט מיר ארומגענומען, און איך האב געשפירט פארזיכערט אז השי"ת וועט מיר צוריקצאלן דערפאר... עטליכע טעג שפעטער, בין איך געפארן קויפן א שטאפיר פון נייע צניעות'דיגע סקורטס. ניין, איך האב נישט געהאט די געלט דערפאר, איך האב אויך נישט געוויסט פון וואו איך וועל עס נעמען, אבער איך האב באצאלט מיט א טשעק מיט א שפעטערע דאטום. אויך מיט אזא טשעק קומט אבער אן דער טעג ווען עס דארף געדעקט ווערן, און איך האב געהאפט אויפ'ן בעסטן...
געווענליך פאסירט דאס אין מעשה-ביכלעך, אבער דאסמאל האט עס אמת'דיג פאסירט צו מיר, ווי אומגלויבליך עס הערט זיך! איינער האט פלוצלונג אריינגעלייגט א סכום געלט, ענליך צום סכום מיט וועלכע איך האב באצאלט פאר די נייע סקורטס, אין מיין באנק- קאנטע. כאטש איך בין חושד אז איינער פון מיינע קרובים האט מיר געוואלט ארויסהעלפן, ווייס איך נישט קלאר פון וואו די געלט איז געקומען איך ווייס נאר אז עס האט געדעקט מיינע נייע סקורטס ביז צום לעצטן שקל... ווען איך קלער צוריק, אנערקען איך אז די אמת'ע ישועה איז געווען דאן ווען איך האב זיך געשטארקט, און ארויסגעווארפן מיינע שמאלע סקורטס. כאטש מיין גוטע רצון, און מיינע תפילות, איז דאך די "מעשה", געווען דער עיקר, און די "געלט- ישועה" איז געווען ווי א שמייכל פון אויבן, אזוי ווי השי"ת וויל מיר זאגן "גוט האסטו געטון מיין טאכטער... טוה ווייטער!"
בס"ד לכבוד בת מלכים, איך וויל צולייגן נאך א "רינגל" אין "די קייט פון ישועות". (גליון 49 - ווי איר דערציילט וועגן עטליכע וועלכע זענען געהאלפן געווארן מיט ישועות נאכדעם וואס א גרופע האט זיך צוזאמגענומען אין זיך מקבל געווען א פארבעסערונג אינעם ענין פון צניעות).
איך האב אויסגעטיילט גליון 49 פון בת מלכים פאר מיינע געוועזענע קלאס-חבר'טעס, און יעדער פון אונז האט מקבל געווען אויף זיך איין פארבעסערונג אינ'ם ענין פון צניעות - יעדער לויט איר פערזענליכע דרגה. מיר האבן עס געטון אלס א זכות פאר אונזער חבר'טע וועלכע ווארט שוין 7 יאר אויף קינדער.
נישט קיין גאנצע 10 חדשים זענען אריבער, און מיר האבן געהערט די דאפלטע מזל טוב - אונזער חבר'טע האט געהאט א צווילינג!!
מיט פיל דאנק בית שמש
א פראכטפולע
ציכטיגע שניי
באדעקט דעם ארום
ס'איז ווייס
ענדלאז ווייס
אומעטים...
יעדע שנייעלע
האט אן אייגנארטיגע פארעם
וואס איז נאר איר'ס אליינס
צווישן מיליאנען
נישט די זעלבע
ווי קיין איינס
און כאטש איבער דער וועלט
זענען פארהאן
שנייעלעך אומצאליג
דאך איז יעדעס איינס
אנדערש
איינמאליג...
כאטש איבער דער וועלט
זענען פארהאן
מענטשן פיל
דאך האט יעדער איינער
איר באזונדערע
ציל
צווישן ביליאנען מענטשן
איז נאר דא איינס
אזוי ווי דיר
עס וועט קיינמאל
מער נישט זיין
און קיינמאל געווען פריער
עס פעלט נישט אויס צו זאגן
אז דו ביסט "אנדערש"
מיט דיינע קליידער -
ס'איז א פאקט
אז דו ביסט ספעציעל -
געדענק עס כסדר
בשבילי
נברא העולם
זאל זיין ביי דיר קלאר
פאר "דיר"
איז דער וועלט באשאפן
ס'איז אמת, ס'איז וואר
א נשמה
אזוי ווי דיינס
איז איינס אין דער וועלט
און נאר דו
קענסט ערפילן דעם תפקיד
אויף וואס דו ביסט געשטעלט!
פארוואס זאגן אונז חז"ל (סנהדרין לז.) - אז איינער וואס האלט ביים לעבן איין איד איז אזוי ווי ער וואלט געהאלטן ביים לעבן די גאנצע וועלט - ער האט דאך נאר געראטעוועט איין מענטש?
די מאור עינים ברענגט (פרשת חקת), אז ס'זענען דא 600,000 אותיות אין די תורה, און קעגן דעם זענען דא 600,000 שרשי נשמות ביי כלל ישראל, און יעדע נשמה, יעדע אידיש קינד האט אן אות אין די תורה, וואס דאס איז משפיע אויף אים זיין רוחניות'דיגע חיות. און פונקט אזוי ווי ווען עס פעלט אפילו נאר איין אות אין א ספר תורה, איז דער ספר תורה פסול, אזוי אויך, ווען עס פעלט אפילו נאר איין איינציגע נשמה פון כלל ישראל, איז כלל ישראל נישט גאנץ. און דערפאר וואס די שלימות פון כלל ישראל איז אפהענגיג אין יעדע איינציגסטע אידיש קינד, ווערט דער וואס ראטעוועט איין אידישע נשמה, פארעכנט אזוי ווי ער וואלט געראטעוועט א גאנצע וועלט.
(מאור עינים - חקת)