בנות מלכים בלעטל גליון נב תשס"ט

בנות מלכים נב - - בנות מלכים נב המשך - - צוריק צו בנות מלכים בלעטל


הלכות צניעות

די לענג פון א קלייד.

הלכות צניעות איבערגעזעצט פון ספר עוז והדר לבושה

די לענג פון א סקורט מוז פארזיכערן א ריכטיגן צודעק איבער די קניה אין אלע צייטן.
א פרוי אדער מיידל מוז צודעקן די אויבערשטע טייל פון אירע פיס, מיט די קניה, (משנה ברורה עה ב) דאס איז דערפאר וואס די קניה איז נישט קיין איינצעלנע ביין (אפגעטיילט פונעם שמאלן קנעכל ביין), נאר דאס פארמאגט די רינדיכיגע אונטערשטע טייל פון די אויבערשטע חלק פון די פיס. די אויבערשטע ביין גייט דורך צו די אונטערשטע חלק פון די קניה ביז אזוי ווייט אז ווען א מענטש זיצט און לייגט די הענט אויף די קניה רירט ער אן די רינדיגע אונטערשטע טייל פון די אויבערשטע פיס ביין (פימור). די אונטערשטע חלק פון די פיס (טיביע), וואס איז אביסל אריינגעבויגן אונטערצוהאלטן באקוועמערהייט די רינדיגע עק פון די אויבערשטע טייל, איז געשטעלט פונקט אונטער די קניה. אזוי ווי די אויבערשטע חלק פון פיס מוז זיין אינגאנצן פארדעקט, ווי פריער דערמאנט, און די אויבערשטע טיילן קומען איבער די גאנצע קניה, איז קלאר אז דער קניה מוז זיין אינגאנצן פארדעקט. א פרוי מוז זיכער מאכן אז אירע קניען בלייבן גענצליך צוגעדעקט אין אלע צייטן, אפילו זיצנדיג, אויסציענדיג, ארויפגייענדיג טרעפ א.א.וו. די לענג פון איר סקורט מוז דעריבער פארזיכערן אז אירע קניען וועלן נישט זיין אויפגעדעקט אפילו פאר א מינוט, ווייל זי קען געזעהן ווערן פונקט דאן.
א סקורט וואס מוז אראפ געצויגן ווערן ווען מען זעצט זיך אראפ, איז נישט גענוג לאנג, ווייל די קניען וועלן אפט נישט זיין צוגעדעקט אין דעם מינוט ווען זי זעצט זיך, און נאך מער, די סקורט קען זיך ארויף רוקן סיי ווען, נאך איידער די פרוי קען דאס באמערקן.
נאך טיפע באטראכטונגען, איז געווארן פעסט געשטעלט אז קליידער און סקורטס מוזן הענגען כאטש פיר אינטשעס אראפצוה פון די אונטערשטע פונקט פון קניה דעק צו פארזיכערן אז די קניה וועלן זיין פארדעקט אין אלע צייטן. דאס איז באזונדער נויטיג אין פאל פון גראדע סקורטס וואס ציען זיך געווענטליך ארויף. די הלכה אז קליידער דארפן דערגרייכן צו 4 אינטשעס אונטער די קניה איז דער פסק פון הגאון הרב שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל להבדיל בין חיים לחיים טובים הגאון הרב יוסף שלום אלישיב שליט"א, הגאון הרב שמוא' הלוי וואזנער שליט"א, און איז אונטערגעשריבן געווארן פון נאך אסאך גרויסע פוסקים. קיין שום אנגענומענער פוסק האט נישט מתיר געווען קיין קלענערע שיעור.

פיר אינטשעס איז טייל מאל נישט גענוג: אויב א סקורט דערגרייכט 4 אינטשעס אונטער די קניה, אבער איז נאך אלץ אומפארלעסליך און ציהט זיך אמאל ארויף ביים זיצן (ביז מען ציהט עס אראפ,) אדער ביים ארויף גיין אויף א באס, קען זיין אז צוליב דער שניט פון דעם סקורט אדער דער פיגור פון מענטש, איז 4 אינטשעס אונטער די קניה נישט גענוג, כאטש דער מלבוש איז נישט ענג. אין אזא פאל מוז דער סקורט פארלענגערט ווערן צו די ריכטיגע מאס (בערך 6 אינטשעס – רעד.) צו פארזיכערן אז די קניה זאל בלייבן פארדעקט אין אלע צייטן.
פיר אינטשעס איז אפט נישט גענוג ווייל דער סקורט אדער קלייד איז ענג אויף איר. אזא מלבוש איז נישט פאסיג פאר צוויי באזונדערע סיבות – עס איז ענג, און דאס דעקט נישט ריכטיג צו די אויבערשטע גלידער.
די מעלה פון מלבושים וואס דעקן צו מער ווי פיר אינטשעס: היינטיגע טעג טראגן פיל פרויען און מיידלעך אין היימישע קרייזן קליידער און סקורטס וואס דערגרייכן מער ווי פיר אונטשעס אונטער די קניה. דאס דארף מען שטארק מחזק זיין ווי ווייט מעגליך, ווייל עס זענען דא היינט אזויפיל אומשטענדן וואס ברענגען א סכנה פאר צניעות, און דאס ווערט דאס מערסטע אפגעהאלטן מיט א לאנגען מלבוש.
פרובירן צו פארגוטיגן א חסרון מיט'ן אויסרייד "עס וועט זיין גוט": ביים קויפן קליידער האבן מענטשן א טבע צו זאגן " עס וועט זיין גוט" אדער "עס וועט דורכגיין!" דאס מיינט "עס איז טאקע אביסל קורץ אדער שמאל, אבער עס איז א קלייניקייט, איך מיין מען קען זיך באגיין דערמיט." כאטש דאס דאס איז אן איינגעריסענע וועג פון טראכטן, איז דאס נישט ריכטיג און האט נישט קיין פלאץ אין הלכה. אין הלכה איז דא א גדר וואס איז דאס קלענסטע חיוב צו זיין כשר. אויב א סענטימעטער אדער א האלבע סענטימעטער פון די קניה קען אמאל זיין אנטפלעקט, איז דער מלבוש פסול, כאטש מענטשן לייגן נישט צו קיין געוויכט צו אזא קליינע מאס.
דאס זעלבע איז אמת אין אלע חלקים פון הלכה. למשל אין שחיטה, איז א פויגל כשר אויב רוב פון די ושט איז דורכגעשניטן. אויב נאר האלב איז דורכגעשניטן געווארן, איז דאס נבלה און דאס פלייש איז טריפה. טראץ דעם וואס צום אויג פון דעם צוזעער איז כמעט נישט דא קיין אונטערשייד צווישן האלב, און א מיליליטער איבער האלב )יורה דעה כא יא(. אויך א טייג וואס איז געשטאנען זיבעצן מינוט און ניין און פופציג סעקונדעס איז כשר לפסח און קען גענוצט ווערן פאר מצות. און אויב עס איז געשטאנען אכצן מינוט איז דאס חמץ און טאר נישט זיין אין רשות פסח )משנה ברורה תנט: יד(. דאס זעלבע איז שייך ביי קליידער, אויב זיי פארדעקן דאס ארט ארום די האלדז, דער ארעם און די קניה, איז דאס כשר. און אויב זיי דעקן צו נאר כמעט, אבער נישט איגאנצן, זענען זיי טריפה.

הימלישע מעשה. מעשה שהיה

איך בין אויפגעשטאנען יענע פרייטאג צופרי וויסנדיג אז אויסער מיינע הכנות לשבת, האב איך נאך פיל צו ערלעדיגן. אין מיין ווילדסטע חלום אבער, האב איך זיך נישט פארגעשטעלט וואס דער טאג וועט ברענגען.
איך בין געווען שטארק פארנומען מיט די צוגרייטונגען פאר א גרויסע אסיפת התחזקות בצניעות, וועלכע האט געדארפט פארקומען אין די נאנטע טעג. כ'האב געהאט א לאנגע ליסטע פון הכנות פאר'ן אווענט וועלכע איך האב געדארפט מסדר זיין יענעם פרייטאג. איך האב זיך אריינגעווארפן אין מיין ארבעט מיט חשק און ברען, אבער איך בין נישט געווען דער איינציגסטע. אויך דער שטן האט געארבעט פלייסיג און אינטערגעשטעלט שוועריקייטן פון אלע זייטן. עס האבן זיך פלוצלינג געמאכט צוויי ערנסטע טעכנישע פראבלעמען וועלכע האבן געדארפט געלייזט ווערן אויפ'ן פלאץ, אויסער אלע אנדערע פרטים וועלכע האבן געדארפט ערלעדיגט ווערן.
איך האב געפרעגט איינע פון מיינע באקאנטע אויב זי קען מיר ארויסהעלפן, און זי האט מיר געענטפערט גאר ווארעם. "יישר כח פאר מיר געבן די זכי'," האט זי זיך אויסגעדריקט, "אויב ס'איז אינטערגעקומען אזא גרויסע מצוה איז זיכער אז איך קען ניצן די זכות דערפון." אירע ווערטער האבן אריינגעבלאזן פרישע כוחות אין מיר, "אז אלעס גייט צו מיט אזויפיל שוועריגקייטן" האב איך געקלערט, "איז זיכער אז איך קען ניצן די הימלישע שמירה וועלכע די זכות פון פארשפרייטן צניעות וועט ברענגען..."
איך האב נאך דאן נישט געוויסט ווי ריכטיג מיינע ווערטער זענען... א קורצע צייט שפעטער איז אדורכגעקומען דער שאקירנדע טעלעפאן קאל... "...אייער זון איז אריבערגעגאנגען די גאס... און איז ליידער.... איבערגעפארן געווארן... דורך א קאר... דער מצב איז גאר ערנסט...
די סצענע מיט וועלכע די הצלה-לייט האבן זיך באגעגנט אנקומענדיג צום פלאץ פונ'ם עקסידענט איז געווען שוידערליך... זיי האבן געשאצט אז דער מצב פונ'ם קינד איז גאר קריטיש...
ווען מיר זענען אנגעקומען אין שפיטאל האבן די דאקטורים תיכף אנגעהויבן ארבעטן אויפ'ן קינד... ביז דערווייל האט מען אריינגערופן מיין מאן אין א זייטיגן צימער אים צו בארוהיגן און צוצוגרייטן אויב חלילה...
דער מצב אבער, האט זיך אויסגעשטעלט אינגאנצן אנדערש ווי געראכטן. צו דער שטוינונג פון די דאקטורים, האבן אלע טעסטס געוויזן אז אלעס איז בחסדי ה' אין בעסטן ארדענונג! די דאקטורים האבן געהאלטן אז עס איז אומעגליך, אבער די מציאות האט געוויזן אנדערש...! אינ'ם צווייטן שפיטאל ווי דער קינד איז אריבערגעפירט געווארן, האבן די דאקטורים נישט געוואלט גלייבן די רעזולטאטן פון די ערשטע טעסטס. זיי האבן געזאגט אז לויט דאס וואס דאס קינד איז אדורך איז נישט שייך אז די רעזולטאטן זענען ריכטיג, און זיי האבן געזאגט אז מ'מוז איבערמאכן די טעסטס. אבער אויך דא, האט זיך צו אלעמענ'ס וואונדער ארויסגעוויזן, אז חוץ די אויסערליכע וואונדן איז אלעס ב"ה אינגאנצן בסדר!!
גאנץ שבת האבן די דאקטורים און נורסעס נישט אויפגעהערט רעדן פונ'ם "נס". זיי האבן נישט געקענט באגרייפן וויאזוי דאס קינד איז אזוי וואונדערליך אפגעהיטן געווארן. מיר אבער, האבן גוט פארשטאנען פון וואו עס האט זיך גענומען אזא הימלישע שמירה...
זונטאג, בלויז צוויי טעג שפעטער, איז מיין אינגל ב"ה אהיימגעקומען פון שפיטאל גאנץ און געזונט. נאר זיינע אויסערליכע וואונדן, וועלכע וועלן זיך בעזהשי"ת אינגאנצן פארהיילן, זענען געבליבן אלס א דערמאנונג אז השי"ת היט די וואס היטן אויף די קדושה פון זיין פאלק...!!

ערשטע טריט, שווערסטע טריט.

די גמרא ברענגט (סוכה נ"ב) אז לעתיד לבוא וועט הקב"ה שחט'ן די יצר-הרע פאר די אויגן פון די צדיקים און די רשעים. צדיקים נדמה להם כהר גבוה, ורשעים נדמה להם כחוט השערה - פאר די צדיקים וועט די יצה"ר אויסזען ווי א גרויסע בארג, און פאר די רשעים ווי א דינע האר. הללו בוכין והללו בוכין: ביידע וועלן וויינען, די צדיקים וועלן וויינען פון שמחה - אזא גרויסע, שווערע בארג, און מיר האבן ב"ה זוכה געווען עס איינצונעמען! די רשעים וועלן וויינען פון צער - אזא דינע האר, און מיר האבן עס נישט געקענט בייקומען?!!

חיים האט א ר א פ ג ע ט ר א ט ן פונ'ם אונטער-ערדישן באן א פארמאטערטער. ער האט קוים מצליח געווען צו שטעלן א פיס נאך א פיס, און מיטצושלעפן זיינע שווערע פעקלעך. די לאנגע נסיעה אויפן פליגער, און דערנאך אויפ'ן באן וועלכע האט אים געברענגט פונ'ם לופט-פעלד אריין אין שטאט, האט אים איבערגעלאזט ערשעפט און אויסגעמוטשעט.
חיים האט געטראכט פונ'ם ווייעכן בעט וועלכע ווארט אים אפ אין זיין האטעל צימער, און ער האט זיך געוואלט זען ארויס פונ'ם באן סטאנציע ווי שנעלער. ער האט געליינט די אויפשריפטן פון די טאוולען אויפ'ן וואנט, און נאכגעגאנגען די אנווייזונגען צום וועג ארויס. פלוצלינג האט זיך חיים געטראפן שטיין פאר הונדערטער טרעפ, ווען גרויסע אותיות אויף א קלארע שילד זענען אים מבשר אז די איינציגער וועג ארויס איז דורך די טרעפ.
חיים האט געפילט ווי ער גייט אנידערפאלן אין חלשות. ער האט געוויסט אז ס'איז אים אומעגליך ארויפצוגיין אזויפיל טרעפ אין זיין יעצטיגע שוואכע צושטאנד, אבער ער האט אויך געוויסט אז ער האט נישט קיין אנדערע ברירה.
עטליכע לאנגע מינוטן איז חיים געשטאנען און ג ע ק ו ו ע נ ק ל ט , פרובירנדיג צו טרעפן א וועג ארויס פון זיין פ א ר ל ע ג נ ה י י ט .
ענדליך האט ער זיך געשטארקט און צוגעשלעפט זיינע פעקלעך צו די טרעפ.
"איך וועל פרובירן צו גיין איינס אויף אמאל," האט חיים געקלערט, "און מיט דער צייט וועל איך אנקומען אויבן..." חיים איז ארויף אויפ'ן אונטערשטן טרעפ מיט זיינע רענצלעך, און צו זיין גרויס פרייד האט ער פלוצלונג געזען אז ער פארט ווייטער ארויף, "אין מיין האלב-פאר'חלש'טן צושטאנד, האב איך בכלל נישט באמערקט אז דאס איז גאר אן 'עסקעלעיטער', און די טרעפ פארן פון זיך אליין!" צען מינוט שפעטער, האט חיים אראפגעקוקט פון אויבן, און אפגעאטעמט מיט פארלייכטערונג: "די לאנגע שווערע וועג ארויף האט נישט פארלאנגט פון מיר מער ווי עטליכע קליינע טריט, אבער ביז כ'האב נישט גענומען די ערשטע טריט האב איך נישט געוויסט ווי גרינג ס'וועט זיין!!"

מען וועט ווארטן....

יום כיפור נאכמיטאג, פאר תפילת מוסף, שפאנט דער הייליגער מהרי"ד פון בעלז זי"ע אין באגלייטונג פון זיין געטרייער גבאי, צום ריכטונג פון שול, פארטיפט אין זיינע הייליגע געדאנקען. פלוצלינג גייען אדורך פאר זיי עטליכע פרויען, איילנדיג זיך אין שול אריין צו יזכור. מיטאמאל, גיבט זיך דער צדיק א שטעל אפ. א ווייטאגלעכער קרעכץ, רייסט זיך ארויס פון זיין הארץ: "אוי וויי! דורכזיכטיגע זאקן ביי אידישע טעכטער?!"
דער רבי האט זיך נישט בארוהיגט. ער האט זיך געווענדעט צו זיין גבאי'ן און געזאגט: "גיי זאג פאר די פרויען, אז מען גייט אצינד מזכיר נשמות זיין. מזכיר נשמות מיינט, אז מען איז מעלה די נשמות פון די עלטערן אויף א העכערע מדריגה אין גן עדן. אבער אז מען גייט אנגעטון מיט אזעלכע זאקן וואס זענען דורכזיכטיג, קען מען ח"ו מוריד זיין די נשמות אין גיהנם! זאג זיי אז איך וועל ווארטן מיט יזכור ביז זיי וועלן אהיימגיין זיך איבערטון."