בנות מלכים בלעטל גליון נא תשס"ט

צוריק צו בנות מלכים בלעטל


הלכות צניעות

הלכות צניעות איבערגעזעצט פון ספר עוז והדר לבושה

מאנטלען האבן אנדערע הלכות ווי אנדערע מלבושים: מאנטלען טראגט מען איבער די קליידער. דעריבער, מיט'ן סמך אז די קליידער אונטער דעם זענען כשר, איז נישט שייך די פארזיכטיגקייט בנוגע פארדעקן די קערפער. עס איז נישט קיין שום פעלער אויב א מאנטל קומט נישט ארויף ביז'ן האלדז, ווייל אפילו ווען דאס איז אפן, זעהט מען דאס קלייד. צוליב דעם, איז א קורצע מאנטל נישט קיין שאלה, ווייל דאס איז אינגאנצן אנדערש ווי א קורצע שעסל. אויך איז אן עפענונג אויף די הינטערשטע טייל פון מאנטל גאנץ אנדערש ווי א שליץ, ווייל א מאנטל איז בלויז נאך אן אויבער מלבוש, איבער א קלייד אדער שעסל, און דער עפענונג איז נישט גורם אז מענטשן זאלן קוקן אויף אירע פיס, ווי עס איז גורם א שליץ אין א שעסל. עס זענען אבער יא דא עטליכע נקודות וואס דארפן דערמאנט ווערן בנוגע מאנטלען, זיי זאלן נישט זיין זייער אויפפאלנד און ציען די אויגן. מאנטלען זענען א שטארקע אינטערעס פאר די דיזיינערס, און בכלליות אין דער וועלט פון מאדעס, דען דאס איז א מלבוש מיט וואס מען ערשיינט ברבים.

נקודות וואס מען דארף באמערקן זענען ווי פאלגנד:

פאסיגע סחורה און קאלירן: מאנטלען זאלן זיין פון איידעלע סאלידע קאלירן. דאס איז שייך ביי מאנטלען פאר ערוואקסענע, און אויך פאר קינדער.

פרויען און מיידלעך טראגן היינט גלאנציגע שווארץ, ברוין, גרוי אדער בלוי מאנטלען, אפילו אין גאר היימישע קרייזן. אזוי ווי דאס איז שטארק איינגעריסן, נעמען דאס מענטשן אן ווי בסדר, אפילו די וואס זענען גאר גלאנציג. מען גייט דערמיט מיט'ן אויסרייד אז דאס איז אזוי פארשפרייט, דעריבער איז דאס נישט אויפפאלנד. אבער דער כלל איז נישט אזוי פשוט. דער מיינונג אז ווען אסאך מענטשן גייען מיט א זאך, ווערט דאס נישט גערעכנט ווי אויג-פארכאפנד, איז ווייט פון ריכטיג. דער כלל איז נאר שייך מיט זאכן וואס זענען בעצם איידל, אבער דאס איז נישט געווען ערלויבט ביז יעצט, ווייל עס איז געווען מאדנע אין די סביבה, און דעריבער שטארק באמערקבאר און אויפפאלנד. אזוי ווי די מלבושים ווערן אנגענומען, פאלט אוועק די אויפפאלנדקייט, און יעדער קען שוין גיין דערמיט. אבער פון צווייטן זייט, וועלן מיר נעמען אלץ ביישפיל א רויטע מלבוש. דאס איז פארבאטן אפילו ווען די גאנצע שטאט וועט גיין דערמיט, ווייל רויט איז א רעש'יג ציענדיג פארב, און אויסדריקלעך פריצות'דיג. מיט די מאנטלען וואס מיר האבן יעצט דערמאנט, דארף מען זיין זייער פארזיכטיג, ווייל טייל פון זיי קענען פאלן אונטער דעם פריערדערמאנטן גדר, וואס אין דעם פאל זענען זיי אסור אפילו אויב דאס גיין דערמיט איז געווארן שטארק איינגעריסן. עס זענען דא מאנטלען וואס זענען כשר פאר קינדער, אבער נישט פאר ערוואקסענע. אנדערע קענען זיין בסדר אויף א יונגע פרוי, אבער נישט אויף א מיטל - יעריגע אדער עלטערע פרוי. נאך מער דארף מען זיין פארזיכטיג, ווייל פארשידענע גלאנציגע מאנטלען, גיבן דעם מענטש אן אויסדריקליכע נישט אידישע בליק. דעריבער מוז יעדער סארט מאנטל באטראכט ווערן מיט א דורכגעטריבן אויג. דער באשלוס דארף מען וועגן צו דער מאנטל איז איידל, און אויך אויב עס זעהט אויס פאסיג אויפ'ן מענטש.

אין אן ארט וואו עס איז נישט אנגענומען צו גיין סיי וועלכע (אדער אלע) פון די אויבנדערמאנטע מאנטלען, און צו די דארטיגע באפעלקערונג זענען זיי שרייעדיג און רעש'יג, זאל מען נישט גיין דערמיט, דען אין דעם ארט זענען זיי אויסדריקלעך אויג-פארכאפנדע מלבושים. גלאנציגע גאלד קאלירטע מאנטלען, און מאנטלען געמאכט פון א באגילדעטע (גליטטער) סחורה, וואס שיינט מיט א גלאנץ אין די זון, קענען נישט גערעכנט ווערן ווי איידעלע מלבושים, אפילו אויב זיי זענען שטארק פארשפרייט. זיי ווערן געמאכט מיט'ן ציל צו ציען אויפמערקזאמקייט, און אויב אזוי, זענען זיי דירעקט קעגן יעדע זאך וואס צניעות שטעלט מיט זיך פאר.

איידעלע באשיידענע מוסטערס: שטילע, באשיידענע, בא'טעמ'טע מוסטערן זענען א באווייז אויף די איידלקייט פון דער וואס טראגט דאס. זייענדיג געקליידעט אין אזא מלבוש, גיבט דאס פאר'ן מענטש א בליק פון שעצונג און נאבלקייט. אזעלכע מאנטלען זענען דעריבער דאס פאסיגסטע פאר איינער וואס ווערט געשילדערט ווי א בת מלכים.

מאדנע און אויפפאלנדע מוסטערס זענען זייער רעש'יג און נישט איידל. אויך פראסטע מאנטלען, וואס מען גייט ביי די נידריגסטע פון די מענטשהייט, זענען נישט בכבוד'יג און עס איז א בזיון צו גיין דערמיט. דער ווילן צו גיין אזעלכע מאנטלען איז געווענליך פארבינדן מיט אן אומערפילט לעבן, און חסרון אין זעלבסט כבוד. אזעלכע מאנטלען זענען דעריבער נישט פאר קיין ערליכע אידן.

די תורה שרייבט אז א קעניג דארף פארמאגן צוויי ספרי תורה: איין ספר תורה פאר זיין שטוב, און די צווייטע זאל אים באגלייטן ווען ער גייט ארויס. אזוי אויך, מוז א אידישע פרוי אדער מיידל, וואס איז א בת מלך, פארמאגן צוויי פארשריפטן אין הלכה: א שיין באשיידן קלייד אויף צו גיין אין שטוב, און א אן איידעלע און בכבוד'יגע אופן פון קליידונג ווען זי גייט ארויס.

שיינע קנעפלעך: מאנטלען מעגן זיכער זיין באצירט מיט שיינע קנעפלעך, וואס גיבן צו צירונג און חן צום מאנטל. דא אויך, אין ריכטיגן מאס. ווילאנג זי זענען איידל, איז דאס גוט, אבער אויב דאס איז איבער די מאס, האט דאס די פארקערטע אויפטוה. גרויסע אנזעעוודיגע קנעפלעך, אדער גרויסע באגילדעטע צירונגען, וואס שטייען ארויס, פארדארבן א מאנטל, וואס וואלט אן דעם געווען געוואונטשן. ווען מען קויפט א מאנטל מיט די אויסטערלישע צירונג, קען מען דאס גרינג אראפנעמען, און די קנעפלעך קען מען טוישן פאר אנדערע וואס זענען נאבעל און איידל, אין איינקלאנג מיט די באשיידענע קליידער פון נשי ישראל.

עס איבריג צו זאגן אז גאר לוקסוס'דיגע פעל מאנטלען וואס שטייען ארויס, זייענדיג אויסטערליש טייער און צייגן זיך ווי דאס האט געקאסט טויזנטער דאלארן, זענען אומבארעכטיג אויפפאלנד און דעריבער נישט ראטזאם.

דוקא די קלייניקייטן

אלעקס איז געשטאנען ביים ווינקל פון זיין הויף, אנגעטאן אין זיינע פויערישע קליידער, האלטנדיג דעם שפיציגן שאוול אין האנט. "אוי, ס'נישט גרינג דאס לעבן"... האט ער צו זיך געמורמלט, בשעת'ן אויפאקערן די ערד איינמאל און נאכאמאל. "נו, פארפאלן, אז מ'וויל האבן אין מויל, טאר מען נישט זיין פויל..."

רוב צייט פונעם טאג האט ער אזוי פארברענגט אין זיין גערטנדל, איינעם קליינעם רוסישן דארף וואו ער האט געוואוינט. אויך זיין ווייב ניצא פלעגט זיך פארען מיט די הינער און דערנאך די אייער. אזוי פלעגט ער זיך ערנערן מיט די איינפאכע טעגליכע מאלצייטן פון היימיש געפלאנצטע גרינס אין פרישע אייער פון צייט צו צייט.

אין א שיינעם טאג זענען די קאמוניסטישע שליחים פון די רעגירוג ערשינען אין דארף, פרעדיגנדיג זייערע נאציאנאליסטישע רעדעס פאר די פויערישע איינוואוינער. "נו, אלעקס, ווען דו וואלסט פארמאגט דימאנען און בריליאנטן פאר וועם וואלט עס געהערט?" "פארן סאוויעטן פארבאנד!" האט אלעקס געוואוסט צו ענטפערן אינסטינקטיוו "און וויבאלד דו וואלסט פ א ר מ א ג ט פאלאצן און גיטער, וועמענ'ס וואלט דאס געווען ? " "פאר מוטער רוסלאנד!" "טאקע?" ווערן שוין די רעגירונגס פארשטייער כמעט אנציקט. "און וואס איז מיט טייערע סחורות פונעם בעסטן קוואליטעס?" "אלעס פאר'ן מוטערלאנד! "האט זיי אלעקס פארזיכערט. "אהא. און נאך איין קליין פראגעלע זאג נאר וואס איז מיט די הינדעלעך וועלכע דרייען זיך דא אין הויף ביי דיר?"

"אה....ד.ד...אס נישט... אויף דעם קען איך נישט פארציכטן".... האט ער באלד ארויסגעשטאמלט. יא יא, דימאנטן און בריליאנטן, פאלאצן און גיטער, די טייערסטע סחורות - דאס אלעס איז במילא נישט זיינס - קיין פראבלעם. אבער די קליינטשיגע הינדעלעך, זיין אייגענער אייגנטום? בשום אופן נישט!!

די קייט ווערט לענגער, נאך צוויי רינגלען קומען צו

לכבוד די חשובע אויסגאבע בנות מלכים, נישט יעדן טאג איז מען זוכה צו אזא קלארע וואונק פון הימל, אבער דאס וואס מיר האבן לעצטנס מיטגעלעבט איז געווען ווי א בליץ וועלכע האט באלאכטן די פינסטערניש פון די יעצטיגע גלות טעג.

פינף יאר איז מיין חברטע שיינדי געשטאנען אין שידוכים. פינף יאר, וועלכע זענען געווען צוזאמגעשטעלט פון אן ענדלאזע קייט פון לאנגע, טרויעריגע, שטילע טעג. כאטש איך האב פיל מתפלל געווען פאר איר, האב איך אבער געוואלט טוהן נאך עפעס און ווען כ'האב געליינט אין גלוין 49 פון בנות מלכים וויאזוי פיל זענען געהאלפן געווארן בזכות צניעות, האב איך שוין געוויסט וואס איך וועל טוהן.

לכבוד חשובע מזכי את הרבים די ארויסגעבערס פון "בנות מלכים"

אויב איך וואלט געוואלט אויסדריקן מיט פשוט'ע גשמיות'דיגע ווערטער, דער הימלישער ענטפער וואס מיר האבן נארוואס ערהאלטן, וואלטן די פאסיגסטע ווערטער געווען "יא! אויף דעם ווארט מען!!"

מיין שוועסטער רייזי האט געווארט 4 יאר אז איר באשערטע זאל אנקומן. און פלוצלינג, פון איין טאג אויפ'ן צווייטן, האבן זיך די רעדער פון השגחה גענומען דרייען, און נאך איידער מיר האבן זיך ריכטיג אריענטירט, איז רייזי שוין ב"ה געווען א כלה!! די מעשה האט זיך אנגעהויבן ווען מיין טאכטער האט אהיימגעברענגט פון סקול גליון 50 פון בנות מלכים. ווי נאר איך האב געליינט די באשרייבונג אויפ'ן דעקל, ווי עס איז ווערט דערציילט איבער א שידוך וועלכע איז צושטאנד געקומען נאכדעם וואס א משפחה האט זיך אינטערגענומען א פארבעסערונג אין צניעות, האט זיך א פלאן געפארעמט אין מיין מח.

איך האב אנגערופן מיין מאמע, אלע מיינע שוועסטערס און מיינע שוועגערינס, (אויסער די כלה-מיידל פארשטייט זיך, ווייל איך האב נישט געוואלט זי זאל שפירן ווי די "רחמנות" פון משפחה). איך האב זיי געליינט די מעשה פון בנות מלכים און דאן האב איך פארגעשלאגן מיין פלאן. מיר וועלן זיך אינטערנעמען 2 זאכן אלס א זכות פאר רייזי, 1) ווען מ'באגעגנט זיך מיט א פרעמדע מאן, וועלן מיר זיך אינגאנצן ריקן צו דער זייט און נישט קיקן אין פנים אריין, און 2) ווען עס קומט אינטער אן אומאיידעלע בילד, סיי אינדרויסן און סיי אין הויז, צווישן די פאסט א.ד.ג. וועלן מיר היטן אויף די קדושה פון אונזערע נשמות און אינגאנצן נישט קוקן דערויף. מיין משפחה האט אויפגענומען מיין פלאן מיט ווארימקייט, יעדער האט אזוי געוואלט העלפן רייזי, און אונזער "צניעות פראיעקט" איז אריין אין קראפט.

איך האב אויך נישט ארויסגעלאזט פון מיינע פלענער מיינע יונגע טעכטער, וועלכע האבן שוין אזוי געווארט אז "מומע רייזי" זאל ווערן א כלה. זיי האבן זיך פארגענומן אז זיי וועלן אנטוהן "טייטס" גלייך צופרי אין זייער צימער, און אז זיי וועלן זיך נאר איבערטוהן אינטער א פארמאכטע טיר. כאטש עס איז נישט אנגעקומען גרינג, האבן מיר זיך ביי יעדע נסיון געשטארקט אז מיר ווילן דאך אזוי שטארק אז רייזי זאל שוין ווערן א כלה, און אונזערע פעולות וועלן זיכער ברענגן די ישועה נענטער.

איין אווענט צוויי וואכן שפעטער, אינמיטן א משפחה שמועס, האט זיך רייזי בטעות דערוויסט וועגן אונזער "פראיעקט". ווי נאר זי האט געהערט די פרטים, האט זיך רייזי צוגעכאפט דערצו, אין זיך אויך פארגענומען די צוויי קבלות.

די נעקסטע צופרי האט א שדכן גערופן אנטראגן א שידוך. א בחור מיט אלע מעלות, א גאלדענע זאך, פינקטליך דאס וואס מיר האבן זיך געוואונטשן אלע יארן פאר די געראטענע רייזי. דער שדכן האט איבערגעגעבן אז ער האט שוין גערעדט מיט די אנדערע צד, און ס'זעט אויס ווי זיי זענען אינטערעסירט...

מיר האבן געוויסט אז די כח פון צניעות איז גרויס, אבער אז די כח איז אזוי געוואלדיג אין אזוי מעכטיג, דאס האבן מיר זיך נאר יעצט דערוויסט. פונקטליך איין וואך שפעטער, האבן די צוויי גליקליכע צדדים געטרינקען לחיים. רייזי איז א כלה געווארן אין א מזל'דיגע שעה, בלויז 28 טעג נאך די אנפאנג פון אונזער צניעות אינטערנעמונג!

תזכו להגדיל ולרומם קרן הצניעות, מיט פיל הכרת הטוב, משפחת...........

עטליכע פון מיינע חבר'טעס האבן מיר פרובירט אפצורעדן, אבער איך האב דאך פארגעזעצט מיט מיין פלאן. כ'האב געשריבן בריוון צו מיין גאנצע קלאס, אין וועלכע כ'האב געגעבן עטליכע ביישפילן פון קבלות אין צניעות (זעה ליסטע אינטן), און כ'האב געבעטן אז יעדער זאל אויסקלויבן איינס פון זיי, אדער זיך פארנעמען אן אנדערע קבלה וועלכע ס'איז נוגע פאר זיי. כ'האב אויך געבעטן אז מ'זאל האלטן די גאנצע זאך שטיל, בצנעה, און אזוי וועט די ברכה קענען חל זיין. כ'האב צוגעלייגט א קאפיע פון בנות מלכים גליון 49 , געבעטן א ווארימע תפילה, און ארויסגעשיקט די בריוון.

מיר האבן נישט געדארפט ווארטן צו לאנג פאר די רעזולטאטן. 35 טעג נאך דעם דאטום וועלכע מיר האבן אנגעהויבן אונזערע קבלות, זענען די פרייליכע "מזל טוב" וואונטשן געפלויגן איבער די טעלעפאן ליניעס, "מזל טוב! שיינדי איז געווארן א כלה!!!"

יישר כח פאר מזכה זיין אידשע טעכטער.

פאר מיט פארזיכטיקייט

" גוט מארגן. אלע פארזאמלטע ווערן געבעטן צו זיצן שטיל, און מיט רעספעקט פאר'ן געריכט. מר. גאלד, אונזער פראקוראר, וועט יעצט אויפטרעטן מיט זיין רעדע". "הויעכגעשעצעטער ריכטער און געעהרטער דזשורי! היינט ווערט מר. טאם בלעק אנגעקלאגט פאר א גאר ערענסטע עוולה. עס איז שוין די פערטע מאל וואס מען האט געכאפט מר. בלעק פירן זיין קאר מיט שרעקליכע א ו מ פ א ר א נ ט ווארטליכקייט. ביי יעדע אינצידענט איז מר. בלעק געווען טיף אריינגעטון אין א היציגע שמועס אויף זיין סעלפאן וועלכער ער האט געהאלטן אין זיין האנט. ער האט געפירט זיין קאר פיל שנעלער ווי די געזעץ ערלויבט, און ער האט אויך נישט געהאט זיין סיטבעלט אויף זיך. ווען די פאליציאנט האט אים אפגעשטעלט דערוועגן, האט ער געענטפערט מיט חוצפה אז ער האלט נישט פון די געזעצן און ער פלאנט זיי נישט אויסצופאלגן אין דער צוקונפט.

חשובע פארזאמלטע! מיט זיין הפקר'דיגע אויפירונג שטעלט מר. בלעק אריין אין געפאר זיך, און אלע אומשילדיגע איינוואוינער פון גאנצן אומגעגנט. אזא אומ'אחריות'דיגע אויפירונג טאר בשום אויפן נישט ווערן צוגעלאזט, און מר. בלעק דארף שטרענג באשטראפט ווערן דערפאר. איך האף אז איר וועט אנעמן די ריכטיגע שריט, צו פארמיידן סכנות און צוריקצוברענגען די רואיגקייט און זיכערקייט צו אונזערע גאסן!" "מיר האבן געהערט אייער מיינונג, מר. גאלד, און יעצט ווערט דער רשות הדיבור געגעבן פאר אונזער אדוואקאט, מר. קארטער.

"געעהרטער ריכטער און חשובע דזשורי! ס'איז מיר א כבוד אויפצוטרעטן היינט כדי צו פארטיידיגן מר. בלעק און אלע ליבעראלע דענקערס צווישן אונז. די אויפירונג פון מר. בלעק שטאמט פון א טיפע איבערצייגונג אין די ריכטיגקייט פון די פרינציפן אויף וועלכע אונזערע גרינדונג - פאטערס האבן אוועקגעשטעלט אונזער לאנד. מר. בלעק האלט אז צווישן זיינע רעכטן אלס בירגער פון א פרייע לאנד, איז די רעכט צו פארן פונקטליך ווי שנעל עס גלוסט זיך אים. ער איז איבערצייגט אז די צוגעבינדנקייט פין א סיטבעלט איז א אומפארגעבליכע באגרעניצונג אויף זיין פרייהייט. ער איז אויך נישט גרייט זיך צו לאזן פירן פון פרימיטיווע געזעצן וועלכע טיילן אים איין ווען און וויאזוי צו רעדן אויף זיין סעלפאן. אלס בירגער פון אונזער דעמעקראטישע לאנד, איז ער בארעכטיגט צו פילע פרייהייט, און ער וועט זיך נישט רירן פון זיינע רעכטן אפילו מיט א משהו!!" "הויעכגעשעצטער ריכטער, וואלט איך געקענט האבן די ווארט?"

"יא, מר. גאלד."

"ס'איז אמת אז אמעריקע איז א דעמעקראטישע מדינה, אבער טאקע דערפאר איז וויכטיג צו האבן געזעצן וועלכע היטן אויף די פרייהייט פון די איינוואוינער. עס איז א קינדערישקייט פון מר. בלעק, צו באטראכטן די געזעצן וועלכע זענען געשטעלט געווארן פאר זיין טובה, אלס א לאסט. די געזעצן זענען נישט קיין באגרעניצונג, נאר פארקערט, זיי ערמעגליכן מר. בלעק און זיינע ארומיגע צו פירן א רואיגע און זיכערע לעבן, אין דאן זענען זיי באמת פריי!!"

פארהאן אויך אנדערע געזעצן וועלכע געבן צו צו די קוואליטעט פון אונזער לעבן, און ערמעגליכן אונז צו פירן א רואיגע און גליקליכע לעבן. די הלכות פון צניעות ברענגן אריין קדושה און טהרה צווישן כלל ישראל, און גיבן אונז די זכי' צו ווערן באשיצט מיט א הימלישע שמירה.

לכבוד "בנות מלכים"

ליינענדיג אין אייער גליון וועגן די גרויסקייט פין מקבל זיין א פארבעסערונג אין עניני צניעות, האב איך באשלאסן זיך אינטערצונעמן נישט ארומצוגיין אן זאקן אין מיין הויז. כ'האב געוויסט אז ס'וועט מיר אנקומן ביטער שווער, אבער כ'האב געהאפט אז נאך איך וועל עס דורכברעכן פאר 40 טעג, וועט עס ווערן ווי א געוואוינהייט און עס וועט מיר אנקומן גרינגער.

מיין 5 יעריג יונגעלע האט זיך דאן שטארק געמיטשעט מיט עברי אין כ'האב געווארט פאר מיין אפוינטמענט ביי א טערעפיסט אין ירושלים כדי צו זען וויאזוי מ'קען אים העלפן. ס'וואלט מיר געווען אסאך גרינגער צו באקומען אן אפוינטמענט אין בית שמש, וואו איך וואוין, אבער זיי האבן מיר נישט געקענט אננעמן, ווייל זיי זענען שוין געווען צו פארנומען.

איין טאג, האב איך צו מיין גרויס פרייד באקומען א קאל אז ס'האט זיך געמאכט אן עפענונג אין בית שמש, און כ'קען אריבערקומען. כ'בין אריבערגעגאנגען מיט מיין יונגעלע, אין כ'האב באלד געשפירט אז כ'בין בסייעתא דשמיא אנגעקומען צום ריכטיגן שליח, וועלכע וועט בעזהשי"ת קענען העלפן מיין קינד שטייגן. שפעטער אינ'ם זעלבן טאג איז מיין מאן אהיימגעקומען מיט פרייליכע נייעס. ער האט ענדליך געטראפן די דירה וועלכע מיר זיכן שוין אזוי לאנג. עס איז א הערליכע דירה, אינ'ם בעסטן געגנט, פונקט אינ'ם בנין פון וועלכע מיר האבן גע'חלום'ט, און איבער אלעס – פאר אן אומגלויבליכן פרייז!!

מיין הארץ איז געווארן איבערגעפילט מיט דאנק צו דער פון אויבן. צוויי זאכן אויף וועלכע איך ווארט שוין אזוי לאנג, און געהאלפן געווארן מיט ביידע אין איין טאג! כ'האב געעפנט דער לוח צו זען וואספארא ספעציעלע טאג עס איז, אין א סקריך איז אדורך מיינע ביינער ווען כ'האב באמערקט אז עס איז פינקטלעך 40 טעג פון ווען כ'האב זיך אינטערגענומען מיין קבלה אין צניעות!!!

מיט טיפע דאנק געפילן